Skip to main content

Full text of "Bleṭer fun mayn leben"

See other formats


צצת, עמפמ1נז} עפ1םתמ1נצ 8 1611 6אעמ2ת21ע9פ אעצע1פ 


0 +ס א 


אטמט, ן אצא/ ןא אטת אט 81 1|ט 


תג20 ) תזגחג1ס,/ 


{וט 0851016טן 11846 1008 016סט 1/118 {ס װס0011ז086זט 1חוסחזםוווזסת 
4867 .1 חס/ום 
{ס יז 101671 14 
4567 1012 


מצטדא מעזזז גנפזפפנצ עס א0ס1זדשסע 6011 מ/8ת660 מגזז1 תסע סאנפאטע 
מת84מז זאצסטע 1א/ טס 4 צטם דתא,ע אז /0595181? ממתזא פא,טעץ 
אסזנזאמאטס?ע את8214968440 .ם /2,,/מ3/)2 סאג, מזטאעם 


2 


א נאת:) 8008 בפוסםס1צ 41 8,110 ,וו 


9 211ע9 ,81,455 , 1451 11 1 4, 




















אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א 
פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע 


60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413 


)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ 


עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא 
צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ 


;צם פעפונצסעע ,לע 


4 1 01960ט) .ם 1006 1 

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ 
/ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 
101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016 
8160 208 
06 +ז6ט10 
1ס1011110011 16/3008 151911160118 
0561 .כן /161 

1010111115/6 800 614 5001 
101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 
2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא 
ז6116) 000 310615/1 8 1101 


{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 
זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 
.151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8 


1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 
תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז 
-1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס 
-- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 
.18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן 














אב. קאַהאַן אין 1911 








בּלעטער פון מיין לעבּען 


פון אב. קאַהאַן. 


פינפטער באנד 


(אין צוויי טיילען) 


ערשטער טייל: ביז דער וועלט-מלחמה. 
צווייטער טייל: די פרענק דראַמאַ. 


(מיט בילדער) 


אװויסנגענעבען פון ,פאָרווערטט" אַסאָסיאײישאָן 
| = ניו יאָרק, 1081 


1 

3 286געעעסס 
צט 

מג ממגמ2גצטג 





א ינה אַ למ 
ערשטער טייל -- ביז דער וועלם-מלחמח 
ערשטער קאַפּיטעל, 





אין 1911, 
זייט 
דער טרויענגעל פווער + 5 * 2 * * 5 5 0 8 * * * + + + + + 6 6 9 0 0 0 0 0 0 0 0 8 5 11 
װיקטאָר בערגער אין קאָנגרעס ++*-*+.+*+י6.2:.......... 17 

,מען מעג שוין זוצען ביי אַ סדר" -- באַראַנאָוו'ס אַרויסטרוט גע- 
גען דעם אַרטיקעל -- מיין ענטפער + 6 .6.., י-+...... 10 
ב. װלאַדעק'ס רעדעס און קאָרעספּאַנדענצען י*56.5666566...,. 990 
סערגעי שעוויטש שטאַרבט אין דויטשלאַנד יי .6666 2...6.., 98 
איך באַגעגען זיך מום אַרנאָלד בעננעט'ען ייג 6666 6 9656 2., 98 

ענדליך לווגען מור דעם פונדאַמענט פאַר דער צעהן-שטאָקיגער , פאָר- 
ווערטס" געבויודע.---דיו צערעמאָניע 99טען נאָװעמבער, 1911 . 98 

סאַציאַליסטישע זיגען. --מיין באַזוך אין סקענעקטעדי.-- אונזער 
פרייד מיט דער סאָצואַליסטישער באוועגונג פון דויטשלאַנד. 97 

ווייטערער וואוקס פון , פאָרװוערטס" -- אַ פּאָר לווכטע ,פיטשורס". 
-- די ,טיטאַניק"-טראגעדיע. -- דער ביולוס פּראַצעס .5566... 98 

,פרוידענקער און פרווע דענקער. -- אַן אפּיקורס פון דעם אַלטען 
שנוש. -- צוווו געשפּרעכען. -- טעאַטער קרימוק +2.5.6... 81 
נאָמבערג און אמעריקא. -- גוטע בעלעטריסטוק אין ,פאָרוװוערטס". 98 
דער טויט פון אַלעקסאַנדער יאָנאַס. --- דו לויה ויי++י5255666... 980 
דער פופצעהן-יעהריגער וובילעי פון ,פאָרווערטס".. +י55.... 41 
איך פאָהר קוין אווראמא 664 666 666 20,566 יי +.5.6.... 45 
עטליכע דאַטומס 66 6 6 6 6 6 א א 6 6 6 6 6 6 6 א א א א 6 6 6 6 4 47 

צווייטער קאַפּיטעל, 
ווידער אין אייראָפּא, 

אַן אונטערשיד פון 19 ואהר. --- א פּאָר אַלגעמיונע ווערטער וועגען 
מיין באַווך אין איוראפא אין 1019 ייי6 .66 6....... 50 

אויפ'ן שוף. -- פּאַרוז. -- עס זוינען אַריבער ניינצעהן יאָהר, 

אָבער דו שטאָדט אוז דוזעלבע. -- , סעלעקט" האָטעל. --- אָטאַ- 
מאָבילס יי אי אי א א 2 
אַנטאָן גנאַטאָווסקי. --- װולאַדימיר בורצעוו + 666 66 6 .2.6 .. 50 
איך ווער באַקאַנט מוט זשאַן זשאָרעס'ן. --- זיין אַנטו-מאַרקסטיום .. 61 
איך באַווך קאַפּיטאן דרייפוס (דאַן שוין אַ פּאָלקאַָװניק) 4-.... 68 
אברהם פרומקין. -- א פאָרטראַג .... יי 6666 55666. ...74 
ווידער אין דעם לואוור מוזעאום 6666 6666 59695666.. 76 
שטוטגאַרט. --- דאָס דייטשע מילימער. אַ װידערשפּרוך 4..... 78 
היידלבערג, דרעזדען 7 יי ישי יי ויי 6 6 566666..... 80 
נירענבערג ייא א 6666 6 6066 666 6666 995666666,, 88 
צוווו טעג און פראט 6 6 + 6 9 0 9 9 0 0 + + + 0 6 + 9 9 6 ל 9 6 3 6 .. 84 

דריטער קאַפּיטעל, 
ווידער אין אײיראָפּא (פאָרטזעצונג) 

און װיען נאָך אַן אבוועזענהייט פון 19 יאהר. --- איך זעח זיך 

92 


ווידער מוט װויקטאָר אַדלער'ן. אט אויסטערלוץ. 9 9 6 6 0 5 60 ס 6 
8 


פריטץ אַדלער. --- אווגוסט בעבעל ++י*יייייי*.י*י........ 98 
און דעם עסטרווכישען פּאַרלאַמענט. --- דער סאָציאַל דעמאָקראַטישער 
קלוב. --- אָטאָ באַוער. -- זאֵיץ. -- אוגנאַץ דאַשונסקי.... /9 
הערמאַן דואַמאָנט. --- אַן ערינערונג אָן 1882.*+**י++..+.... 100 
סצענעם אויף סאָצואַליסטישע פאַרזאַמלונגען אין ווען. -- עלענ- 
' באָגען. --- װינאַרסקי. --- לווטנער--י*ייי*-י......... 108 
אַ פּאָר טעג אין בודאַפּעסט.--+---*-י*ייי:*6:...:..... 109 
צוריק אין וויען. -- ר. אַבראַמאָװויטש. -- א. ליטװאַק. --- װלאַ- 
דימיר מעדעם .+++++י+*י.5.6666665...555...... 111 
די קאָנפערענץ פון די טעריטאָריאַליסטען. -- איזראַעל זאַנגװיל. 
--- ש. יאַצקאן. -- דאָקטאָר ראטנער.*--*י-*יי..י..... 119 
ביי אַ באַריהמטען דאָקטאָר ++:+-+יייייייי+יי56י119......56 
דער טעאַטער אין עסטרויך און אין אמעריקא... + 6 2555566. 110 
פון מיין וויענער נאָטיץ-ביכעל. -- די באַרימטע סטעפאן קירכבע. 
- אַ סצענע אין אַ טראַמװאַל +-+*י-+*+י*י+יי... 4.... 118 
אוונדריקע פון קראקאו. -- אַ מוטער מיט אַ זוהן. אונטע- 
לוגענטע אודען מיט פּאות'ן. -- דער הויפּט-מאַרק. -- דער 
וואוועל. --- דער אודישער קװאַרטאל. -- ס. עהרליך. -- און 
א קלויז. --- א מלמד. -- א ושיבה. -- דאַמען. -- פּאות. -- 
אַן אַלטע קירך. --- נאָך מיטאג אין פּאַרק +--+........... 1200 
מוין באַגעגעניש מיט לענין ען 4 6 555555556556656666666.. 180 
אַ גרופע אונטעליגענטע אידישע סאָציאליסטען----יי. ...... 188 
אוונדרוקען פון לעמבערג. -- דער מיטעליפונקט פון דער שטאָדט. 
--- קאַרל לודוויג גאַס. -- דער טעאַטער. -- דער אידישער 
מארק. --- דו אַלטע לעמבערגער שוהל. -- סצענעס...... 154 
ווייטערע אוונדרוקען פון לעמבערג. --- אודושקיוט. --- אודישע גימ" 
נאַזיסטען. --- ווידער אין דער אַלטער שוהל. -- אַ שפּאַציר 
דורך די אידישע גאַסען אין אַ פרייטאָג-צונאַכט. -- דלות. -- 
געזאַנג. --- קאַפעס. --- דער מאַרק אַרום דעם מאַגיסטראַט. -- 
רוטענער און פּאָלואַקען. +. ...6 6666 6 55555656666. 1404 
דער שראַמװיי װאָס געהט צום װאָקזאל. --- אַן עראינערונג...... 101 
אַ מאַסימוטונג און לעמבערג 5 6 + 5 6 + 9 9 6 60 6 + 6 6 + 9 6 9 + 6 + 9 6 5 5 6 159 





פערטער קאַפּיטעל, 
ווידער אין אײיראָפּא (צווייטע פאָרטזעצונג) 
אוים נים ווילנע, טאָ זאָל זיין כאָטש בראָד. --- ניטאָ די חורבות, 


ניטאָ די הויכע קאַפּעליושען. -- אידישע גומנאַזיסטען.... 196 
איך זוך מיין פאר-דרייסיג-יאָהריגע קװאַרטיר. --- גאָלדיגאַס. -- אַ 
פּלאָנטער. --- מיין אַמאָליגע באַלעבאָסטע אָבער צו ווֹנג. -- 


שרה'לע. --- ענדליך געפין איך די קװאַרטיר. -- געשטאָרבענע 
ואָהרען טייער ווו טייערע קברים 6 5 + 5 6 5 6 6 5 0 6 + 6 6 6 9 6 6 6 





אוך פאָר צום בעלזער רבי'ן. -- צוויי חפודום. -- אַ מישירייזענ- 
דער. --- אַן אַכסניה. יי יי יי .א 6 2656666 94...... 171 
דו שטעדטעל בעלז. -- באַקאַנטשאַפטען אוופ'ן גאַס. אוך שטעל 


זיך פאָר פאַר'ן רבינ'ס גבאַו +--+---יי-יייי..:........ 177 
אין דעם רבינ'ס הויז. -- דעם רבינ'ס סוויטע. -- דער רבו. 
אונזער געשפרעך. :++--+י*י-ייייי-יייייי55.:....... 185 
געשפּרעכען מיט חסידים אויפ'ן גאַס ..י.+י*יי.י::....... 189 


4 





אוונדרוקען פון פשעמישל. -- בערג. --- אַ מאַרק טאָג. --- מאַלונעס. 
--- אָפוצורען. -- אודען 66 5555555555666666666.. 198 
ביי דעם סאָציאַלוסטישען דעפּוטאַט הערמאַן ליבערמאַן........ 900 
פינפטער קאַפּיטעל, 
ווידער אין אייראָפּא (דריטע פאָרטזעצונג) 


אין קאַולטבאַד. --- סצענעס, פּאָרטרעטען. -- דו הייליװואַסערען. . 909 
איך ואָג זיך נאָך אַ טעות. --- לענונ'ס , פּראַװדאַ"' פארשאַפט מיר אַ 
באַקאַנטען, אָבער נאָר אויף אוון אָװענד. -- אויף װאָס פאר 
א פוהר, אַזאַ נגון. -- אַ אוד פון מאַנטרעאַל. -- א בוטו 
קאָנטעסמט אי א א יי יי א יי יי יי יי וט 
דר. זיף. -- מאַקס נאָרדאן. ' ---- קאַרלסבאַדער רפואח-קװואַלען. ‏ ... 919 
אַ באַזוך ביי דעם טשאָרטקאָװער רבי'ן אין מאַריענבאד...... 914 
סעפטעמבער וועטערען ברענגען אַלטע וװועחטאָגען ++54.55596.... 991 
בערלין. --- װאַרען:הייזער (דעפּאַרטמענט-סטאָרס) 4+:.4........ 999 
די בערלינער ,געװערקשאַפטס-:הויו'. -- אַן אונטערשיד אין 10 
ואָהר הי א א א יי יט 
אן איבערקערעניש. --- קאַרל לעגיען. -- אַ גרוס פון אונוער , פאָר- 
ווערטס . --- אַ שטולע אָבער וויכטיגע שפּאַלטונג. --- סאַצוא- 
ליזם פון מאַרגען און סאַצואַליזם פון היונט. -- געסט פון 
ענגלאַנד . + .66 6666 66 666 26 א 6 6 6 606 6 6 6 6 566 252 22 2 9900 


די צוויי פראַקציעס. -- אַ אַ שטילע איבערקערענוש -- דער מאַרמין 
לוטהער פון דעם טאָצ ואַליסטושען געדאַנק. . --.......... 988 
קאַרל לובקנעכט .++-**+-י+י+*י'++++66.:666.66........, 988 
זעקסטער קאַפּיטעל, 
צוריק אין נין יאָרק. 
דוֹ ,פאָרווערטט" בילדינג 9 6 + 56 6 5 6 8 + 60 6 + 0 8 5 8 60 8 6 0 8 6 6 60 8 9 940 


קיר האַרדו +י+..... + + 6 6 6 6 6 6 6 6 6 6 6 + + + .6 6 66 6 + +.+.59:.... 941 
אַ סענסאַצואָנעלער מאַרד-פּראָצעס יי יי 6.4 2.5955556666 944 
מאיר לאָנדאָן, קאַנדידאַט אויף קאָנגרעסמאַן. --- מילװאָקי ערוועהלט 

אַ סאָציאליסטישען מעיאָר .6.2 ...666 6666 2 2565 9458 


ברודער"קריג און אונוערע יונואַנס. -- אין דעם גרויסען שניודער" 
סטרייק פון 1918. --- אויך אַ בלעטעל פּערוענלובע געשיכטע.. 947 
פַרווטאָג-צו-נאַכט, דעם 28טען פעברואַר. -- אַ באַזוך פון מאַקס פּיון 





און בענדזשאַמין שוויוצער. --- אווק גאָלדשטיין און לואיס 

האָלענדער .... + א 266 66 66 6666 1966666 י*+-........ 988 
מען ברעכט שויבֶען און ;פאָרווערטט . 66 2666 +-+...... 958 
,אַ. רעװאָלוציעץ? .. יי יי 666 9966, = יי 4...,... 966 
אַ שטורעמדיגער זונטאָג +.-+..... +5555555656666666+4.. 979 
אַ פינף-און-צװאַנציגער קאָמוטע. א פינפער קאָמומע. --- מאיר 

לאָנדאָן. --- שלוס פון סטרויק .6666 55555556566. 976 
א יובילעאום פאר דעם פּאָעט מאָרריס ראָזענפעלד. --- מען מוז בוו- 

טען דעם פֿאָרזיצער .א 666 66 6666 666 025555556660666. 978 
דר. בלעיק. --- אין האָספּיטאל א 666 666 666 59555556666.. 980 
נעגעל פון אַ הוהן אוונגעטונקט און בלוט 6.4 9.555555566.. 989 
אַרויס פון האָספיטאל .. .2 666 66 66 6 6 66 6 6 66 6066 2226 2 2 980 
דער פונדאַמענט פון , דייוויד לעװוינסקו" .. 4 ++255.555556.. 986 
י. אַדלער (ב. קאָװנער) ++-יי.. {555555666666666666... 988 
אל. דושאלסאָן ++-*+י-*.++י.+......., 55666664....... 999 


זיבעטער קאַפּיטעל, 
אין , פּאָרווערטם" 


,מיט פעדער און בלוישטיפט? .---י-י--יייייייייייייי. 
דער טויט פון אויגוסט בעבעל +*י*יי-ייייייייייייייווויי. 
דער בויליס פַּראָצעם -+--**יי+*יי+י++צי+יצאזאזפאזוזיס 
געדאַנקען אויף אַ קאָנצערט פון אוגנאַץ פּאַדערעווסקי. --- דער טויט 
פון מעיאָר געונאָר +. +-++++-+*יצייפייפייאידאאיאיי.ן 
דער טויט פון אליקום צונזער ++-:*ייי+ייייצצייאציזזייס 
אַ באַזוך אין קענעדע. -- מאָנטרעאל און טאָראָנטאָ. -- די פראנ- 
צויזען און דו ענגלענדער ++++-יייגייייווויויייציס 
ברודער-קרוג און דער , אינטערנעשאָנעל" (קלאוקמאכער יונואן).-- 
וצחק אֵַייזיק חורוויטש, פיהרער פון קאַמף. -- עהנלוכקייט צו 
דער געשוכטע מיט דעם שנוודער סטוויק ++י-י+ייייייייס 
דער קאַמף װוערט שאַרפער +י**+-+ייי*יי+פייייקיזציפזייס 
אַ שבת פון מאַסמיטינגען. --- רוביניום. --- די ראָלע פון ,פאָר- 
װערטס" ..-++.+*.'+6666665666,): 666 ייג יי איייס 
,עס װעט זיך אויספּרעסען. ++יי*י*יייייייייייציצפזציויס. 
בענדזשאַמין שלעזינגער און מאָריס זיגמאַן איינשטימיג ערוועהלט 
אַלס פּרעזידענט און פעקרעטערו-טרעזשורער פון דער קלאוק- 


מאַכער ווניאן + + 6 6 6 6 6 6 .6 6 6 6 6 2 6 6 4 6 6 2 6 4 6 6 6 6 6 6 6 2022 () 


דער פאָלקס קאַלעדוש ++++-++-++++צציצדצציפזיזיידידי. 
זוגמונד מאָגולעסקא, דער שוישפּילער, דערצעהלט זיין לעבענס- 
געשוכטע אין ,פאָרװוערטס/ ++*-+*ייייייייייויייצייג. 
מאַריאַ שקאָלניק און ,פאָרװערטס. ++-*-יייייי*-ייייייי. 
דער טויט פון דעניעל דעלואָן ++++++-י-+י++++אייציאגי.י. 
אַ מאָרד בלבול אויף דער אינטערנעשאַנעל ליידיס גארמענט װאָור- 
קערס יונואן. -- א שומרו שבת באַװועגונג. -- א סקעב-אַגענ- 
טור. -- בעיל. -- מאָריס זוגמאַן ביי דער קליוולענדער קאָנ- 
װענשאָן ++-++-+++יי-יי:י+:+אצצאפאגאאיציפצפוזיי. 
דער מרויעל (פּראָצװס) . =י יי יי יי . + + 6 6 6 2 6 6 6 6 6 6 6 6 6 206 
דער זשורנאַל , צוקונפט? -+--+++-*-+*י*.+יאייצי+צדיפיג. 
מאיר לאָנדאָן ערוועהלט צום קאָנגרעס ++-+-+-יייייייייייייי. 


צווייטער טייל -- די פרענק דראַמא 


דער בייליס פּראָצעס אין קיעוו און די פרענק קעיס און אַטלאַנטא, 

דושאָרדזשוא ‏ ++-+++-++י++++++.++דיא+גאציגגאאאאיג. 
אידען און קריסטען אין די דרום שמאַטען +-++--+-+י*יייייי... 
אַטלאַנטא. --- די שטאָדט און די מענשען. ++--*-*יייייייי. 


די ערמאָרדעטע מיידעלע. -- דער נאַכט-וועכטער. --- לואָ פרענק.. 


דחמנות און נקמה:דורשט. -- מאב-פּסיבאָלאָגיע. -- פארלאָרענע 
גדולה. --- דאַמען רעכט ++--*-+.י.+-++.+666666... 
פרענק װוערט אַרעסטירט +++*+י*י.... + .2 6 2 666 606 6 6066 2606 
אַ נעגער מיט'ן נאָמען דזשים קאָנלי וואַשט זוון אויבער-העמד.... 
אַ סורפּריל ...... 2966, + .א א 6 6 66 6 2 6 6 6 6 4 66 604 0606 2066 
די פאָרלויפיגע באַװייזע. געגען פרענק'ען -. + 2 66 6 66 6 6066 6 06066 2 


-- אַ ווייסע פרוי האָט יענעם שבת בייטאָג געועהן אַ פאַרבאָר- 
גענעם נעגער אין דער פּענסיל פּעקטאָרו +י*יייייייי... 


6 


208 
209 
209 


01 
002 


208 


201 


קאָנלי דערצעהלט און קאורט װו אַזוי דער מאָרד אוו פאָרגעקומען. 
עדות צו קאָנלי'ס באַהויפּטונג, אַז פרענק האָט געפוהרט אַן אונ" 

מאָראַלישען לעבען ++-+-+-+****י+י+י+יי*++666........ 
פרענק'ס מאָראַל. --- שבת נאָך מייטאג און זוון אָפוס, -- באַזונדערס 


108 
216 


עקעלהאַפטע סצענעס, װאָס קאָנלי האָט געשילדערט 4...... 9 


קען מען זיך פאָרשטעלען אַז פרענק האָט פאַרפאַסט די צעטעלעך און 


זיו דיקטירט קאָנלי'ן ?3 .+.-י+.י-+++.++א .6.6 66....... 8 


אוז דער מאָרד פאָרגעקומען אויפ'ן צווייטען פּלאָר און דעם קער- 

פּער האָט מען דערנאָך אַרונטערגעפיהרט אין בווסמענט ?.+... 
פאַרשודענע פּונקטען +*-+-+יי*--*י+++.+י..א. ...6666 ... 
ווען האָט פרענק , ערמאָרדעט" די מיודעל? -- וואו איז ער געווען 

9 מונוט נאָך 12 ? וואו אוז ער געווען ביז 20 מינוט נאָך 9? 
װי דען איז דאָס געווען? ++-+י*י-י-י*+-++.+י.א........ 
פרענק'ס פיר-ישטונדיגע רעדע אין גערוכט ++-י*.-++...-+.... 
דער עולם אין דעם געריכט זאָל און אין שטאָדט. --- דער פּנים פון 


שולד. --- די גאַנצע שמאָדט איז דער געריכט..--+-+--++.... 
אַנטוסעמיטיום. --- אַ קלאַנג וועגען אַ אידישען פאָנד צו ראַטעװען 
פרענק'ען. -- ,הענג דעם אידען +**--**-+--+י+.י.+..... 


,דאָקטאָר דושעקיל און מיסטער האַיד"---דאָרסו'ס אַסוסטענט זאָגט 
דער דזשורו, אַז אין פרענק'ען זיצען צוויי פאַרשודענע מענשען 
סצענעס בשעת דאָרסי האָט געהאַלטען ווין שלוס רעדע.. +95666.. 
מען האָט מורא פאַר אַן איבערפאַל אויף פרענק'ען און פאַר אַ 
בלוטיגען פּאָגראָם אויף אַלע אודען-+-+-*-.-+-+יי...... 
סצענעס נאָכ'ן ווערדיקט. -- וי אַזוי פרענק האָט זיך דערוואוסט. 
דער ריכטער צווייפעלט אַז פרענק איז דער מערדער, דאָך פאראור- 
טיילט ער אוהם צום טויט ...-++++++++.+++......... 
פרענק אַפּעלירט און זיין אַפִּיל ווערט צוריקגעוויזען מיט פיר שמו- 
מען געגען צוווו. --- קאַנלו ווערמט פאַראורטיולם אווף 1 יאהר. 
מען פאַראורטוילט פרענק'ען צו שטאַרבען אין זיין געבורטס טאָג. 
-- זיין רעדע דערביי. --- ער לאָזט אַרווס אַ געשריבענע ער- 


818 
206 


קלערונג צום פּובליקום ++.-+-.+**+.++.+..66.6........, 78 


איך פאָהר און אטלאַנטא. -- אוך באַזוך פרענק'ען. -- דער שערוף. 
װאָס פאַר אַן אוונדרוק פרענק האָט געמאַכט..---.-..---...... 4 


װאָס פרענק האָט מיר געזאָגט וועגען דער פראַנע פון אַנטיסעמיטיום 
און זיין קעיס. --- װאָס אַנדערע אַטלאַנטער אידען האָבען דער- 
צעהלט. -- פרענק וייזט אָן אויף דעם אונטערשיד צווישען 
זיין קויס און דעם בייליס פּראָצעס.--+-+---+-++++...... 
אַ קלאַנג אַז אידען זאַמלען אַ פאָנד צו ראַטעװען פרענק'ען.---,הענגט 


דעם אודען"}{ -- מען סטראַשעט פרענק'ס לאָיערס.. -. +-+... 
וויכטוגע נווע באַװויזע. -- די זיבען האָר. -- אַן איבערראַשענדע 
ענטדעקונג. -- לעממי קווין. -- דער יונגער אודישער לאָיער 


488 
48 


208 
492 


הענרו א. אלעקזאַנדער 8 6 6 6 59 6 9 5 8 6 8 9 6 0 8 6 96 4 8 8 8 6 6 6 0 = 0 105 


אַן איבערקערעניש. --- מען מעג שוין זאָגען דעם אמת. --- מען איז 
זיך מודה הין און צוריק. --- אַ מישימאַש פון אמת און לוגען. 


פובליסיםי יי .6 6 2 6 6 6 2 2 6 6 6 6 = 6 2 6 6 6 6 2 2 2 02 0 0 2 00 


און דעם לאַגער פון פרענק'ט שונאים. --- לאָקאַלער פּאַטריאָטיזם. --- 
זיינען אַלע אידען פאַראיוניגט געגען דו קריסטען פון דער 


סאַוטה ? -- אַ כאַראַקטערוסטישער לייט אַרטיקעל +++..... 6 


דער ניו יאָרקער דעטעקטיוו װיליאַם דזש. בוירנס קומט אויספאָר- 
שען די פרענק קייס 4 6 9 6 + 6 9 5 9 8 5 6 5 5 60 8 6 5 6 + ס 6 5 0 6 5 6 ס 9 


7 


509 


עמלוכע פון די װאָס האָבע. זיך מודה געווען אין פאַלש עדות- 

זאָגען. --- עטליכע פון די נייעץ פרענק עדותי-+-יייי:יי.. 11 
פרעהליבע סמנים, --- אַ שטאַרקער לויט-אַרטיקעל אין אַן אַטלאַנטער 

צויטונג פּאָדערט אַ נייעם טרייעל פאר פרענק'ען. -- אינטע- 

רעסאַנטע באַזוכער בוו פרענק'ען ++--י-יייייי....:.... 92ס 
איך האָב אַ לאַנגען געשפּרעך מיש דאָרסי'ן 555..55.5.6.64.. 897 
נווע שטומען פאַר גערעכטיגקייט. -- א צוייטע ציוטונג פאָדערט 

אַ נייעם טרויעל פאַר פרענק'ען -+*-*י*-+י+:יייייייי..ייי. 988 
דורך דער פרענק קיים זיינען די אידען פון אטלאנטא געווארען אַזוו 

װו איין משפחה + ...6.6 6.6 555555465656566666. 8844 
איך זעגען זיך מיט פרענק'ען + ...6666 66 655555:566566 886 
,מוסטער, גיט מיר אַ סיגאַרעט, פרוומאָג װעט מען מיך הענגען". 

-- איך זעה קאָנלי'ן . + 6 6 6 4 6 6 6 6 6 6 6 6 606 6 6 6062 ...... 887 
פרענק'ס לאָיערס מאַכען צוווי נייע פּראָבעס צו באַקומען א נייעם 
|- טרוועל ...6 6 6 6666 66 66 4 6444 606 66 6026 4......... 858 
פרענק באַקומט ואַרעמע באַגריסונגען צו זיין געבורטסיטאָג. -- 

זיין טעלעגראַמע צו די ,פאָרװערטס"-לעזער. יי 24....... 840 
פרענק ווידער ערוועהלט פּרעזידענט אויף א לאָקאַלען צוזאמענפאָהר 

פון דעם אָרדער בני ברית" ...66 6666 2555256666666 2440 
דעבס און דזשיין עדעמס פאָדערן גערעכטיגקייט פאר פרענק'ן.... 541 
לואום מאַרשאַל. --- די פרענק קייס און דער העכסטער גערוכט און 

לאַנד. --- זיבען ריכטער געגען אַ נייעם טרייעל, צוויי דאַפירי ,,, 

-- זויערע ערקלעהרונגען +++*יי*-י+י:ייייייי...... 048 
דער ריכטער װאָס האָט פרענק'ען פאַראורטיילט צום טויט בעם 

מען זאָל איהם ניט הענגען אי יי 4 +5555555.596. 840 
דער װייסיפּרעזידענט פון די פאַראווניגטע שטאַאַטען בעט פאר 

פרענק'ען. --- בריף און דעפּעשען פון אַנדערע וויכטיגע פּער- 

זאָנען. -- אַ באַוועגונג פאר פרענק'ען איבער'ן גאַנצען לאנד. 


איז זיך מישב וועגען פרענק'ס שיקואל +5455665666.. 0 
גאַװערנאָר סלייטאָן ראַטעװעט פרענק'ס לעבען און שטעלט זיין אוו" 
גענעם לעבען און קאָן. --- שטורעמדיגע סצענעס......... 998 
סליווטאָן ערקלעהרט פאַרװאָס ער האַט באַגנאַדיגט פרענק'ען...... 509 
,,, דזשאָדזש ראָון'ס שטומע פון יענער וועלט" ...6 555555566. 84 
דער איונדרוק װאָס גאָװערנאָר סלווטאָן'ס באַשלוס האָט געמאַכט אין 
לאנד. --- מאַרשאַל'יס סטייטמענט אין דער פּרעסע 4+...... 6 
מען רופט צו אַ באָיקאָט אויף אידען. -- איין איד ווערט פאר" 
וואונדעט. --- ענד פון סלייטאָן'ס טערמין אַלם גאָװערנאָר.. 976 
טאַם ואַטסאָן. -- אַן אַרעסטאַנט פאַרוואונדעט פרענק'ען-...... 978 
אַ טראַגישער סוף 4 ...6 66 6 6 6 6 6 6 66 6 6 6 6 66 6 66 22,52 22 281 
צו ישפעט + 5 + 6 5 6 5 5 6 6 6 9 6 5 5 6 9 6 6 9 5 + 5 6 6 6 + 6 8 6 9 9 6 6 6 6 6 2 * 2 82 
קאַװאַליערען +י-. 
אין דעם אודישען 
מיט פופצעהן יאָהר שפּעטער ++י*יייייייייייי......... 990 
פרענק'ס אלמנה. --- אַנדערע פּערזאָגען און דער פרענק דראַמא.... 598 


פּ + + 9 6 9 6 6 6 4 6 9 6 6 6 6 5 6 0 8 9 8 9 6 9 6 6 6 8 6 589 


בילדער אין פינפטען באַנד, 


זויט 
אב. קאַהאַן אין 1911 ++-..+.................מום פאָדער-בלאַמ. 
די מצבח נאָך די קרובנות פון דעם טרויענגעל פייער. +56..... 10 
װיקטאָר בערגער +.-י.. 6666 6666 666 66 25555566566 19 
ב. וולאַדעק = יי יי זויזזיזפיגים 6666 595565666.. 990 
זשאַן זשאָרעם +-++-יי--י.. .6666 6666 666 6666 555555666 08 
אַלפרעד דריופוס ... יי אי יי ם) 
פרוטץ אַדלער .666 666 666 0666 6666 46 6 6 6 6 6 6 6 6 6 6 52066 252 00 
ימ. לעגיען . +29555666662 ג5.5555555566666666666666. 980 
דזש. קיר האַרדי יי ייר ר אי יי געט 
ו. אַדלער ++-י-. 556666., ++5555.666565666666656..... 9090 
מערו פווגען .. ...6 א 2 א 6 2 6 6 א 2 4 6 6 6 6 6 6 6 6 6 2 2 6 2 2 2 22 2 2 2 8008 
לעאָ פרענק .++-.-.. + .2 2 6 .6 6 2 6 א 6 2 6 6 2 6 2 6 6 2 2428 225 2020 860 
,דזשים" קאָנלו = יי יי יי א א אי יי יי עי 
| סאָליסוטאָר דזשענעראל דאָרסי און דזשאָדזש ראָאן 5.45+4:... 4760 
גאַװערנאָר סלוומטאָן .-+++-*++-י*י... + + + 6 6 26 6066 6 . . + . . . . 5888 


הענרו א. אַלעקזאַנדער ++-+-י*יייי.י.. 4++0.555556666666 22 868 


ביז דער וועלט-מלחמה 


ערשטער קאַפּיטעל. 
אין 911 
1 
דער טרייענגעל פייער, 


די איינדרוקספולסטע פּאַסירונג פון דעם יאֶהר 1011 אין 
דעם לעבען פון אונזער באַװעגונג, און פון די אידישע אַרבייטער 
מאַסען אין אַלגעמײן, אין אַ. פילפאַכע טראַגעדיע ביי אַ פייער 
(שרפּה). די געשעהעניש האָט געמאַכט אַן אומגעהייערען רושט. 
מאָנאַטען לאַנג האָט מען ווענען איהר ניט אויפגעהערט צו ריי- 
דען. און עד היום, ווען מען רעדט אַרױיס די װערטער ‏ דער 
טרייעננעל פייער", ווייסען אַפילו קינדער, אז דאָס מיינט מען 
עפּעס אַ גרויסען, אַ שרעקליכען אומגליק, װאָס האָט אַמאָל גע 
טראָפען אין ניו יאָרק. 

דער פייער האָט אױיסגעבראָכען אין א פעקטאָרי פון ווייסטען 
(בלוזקעס), וועלכע האָט געהערט צו דער , טרייענגעל וייסט 
קאָמפּאַני", פון 29-28 װאַשיננטאָן פּלייס, לעבען גרין סטריט. 
די קרבנות זיינען מייסטענס געווען מיטנלידער פון אונזער ווייסט 
מאַכער יוניאן. 

שבת נאָכמיטאָג, דעם ס2טען מערץ, 1911, האָט דאָס פּאַ- 
סירט, אין , פאַרװערטס? איז די טרויעריגע געשיכטע געוען 
געדרוקם אין זונטאַנדיגען נומער (דער נומער אין אָבער ער- 
שינען שבת אַװענט, דאָס הייסט, עטליכע שטונדען נאָך דער 
שרפה). די גאַנצע ערשטע פּיידזש און אַ גרויסער טייל פון די 
אנדערע פּיידזשעס זיינען געווען פאַרנומען מיט'ן אומנליק. איבער 
דער ערשטער פּיידזש געהען גרויסע װערטער: , דער מאָרג איז 
פול מיט אונזערע קרבנות". אונטער דעם, אויך מיט גרויסע 
װערטער: ,175 ארבייטער פארלירען זייער לעבען אין א ברע- 


11 


19 בלעטער פון מיין לעבען 


נענדער שוירט ווייסט פּעקטאָרי," דערנאָך קומען עטליכע שורות, 
אלץ איבער דער נאַנצער פּיידזש, און דאַן, װוידער מיט זעהר 
נרויסע ווערטער און אויך איבער דער פּיידזש: ,דער גאַנצער 
אידישער קװאַרטאָל אין טרויער". 

דעם באַריכט פון דעם אונגליק האָט פאָר'ן ,פאָרװערטס" 


אויפגעשריבען דער פּאָעט מאָרריס ראָזענפּעלד די איינצעלהיי" 
טען האָבען איהם דערצעהלט מענשען, װאָס האָבען די שרפה 
בייגעוואוינט, : 

אָט זיינען עטליכע אויסצונען פון זיין רעפּאָרט : 

,דער פייער האָט אױסנעבראָכען האַלב-נאָך-פינף פאַרנאַכט, 
גלייך נאָכדעם, וי דער גלאָק האָט געקלונגען פאַר די ארבייטער 
צו סטאַפּען,. די הויז איז א צעהךעטאַזשינע. די אויבערשטע 
דריי עטאַזשען זיינען פאַרנומען פון דער טרייענגעל ווייסט קאַמ- 
פּאַני, און אין דיזער פּעקטאָרי האָט זיך דאָס דער פייער אָנ- 
געפאַננען. 

,די פלאַמען האָבען זיך פאַרשפּרײט זעהר שנעל. א שטראָם 
פייער האָט זיך דורך די עלעװייטאָרס (ליפטס) און די טרעפּ 
אַ ריס געטאָן אַרױף, צו די אויבערשטע פלאָרס. אוינענבליקליך 
האָט זיך דער פייער אין אַלע פענסטער באַװויזען, און צינגער 
פלאַמען זיינען פּאַזע די ווענט געקראָכען העכער צו די ערטער, 


וואו גרופּען מענער און פרויען זיינען געשטאַנען אין פארצוויים- 
לונג. / 


, דער פייער איז געווארען שטאַרקער, גרעסער, שרעקליכער. 
די אַרבײיטער פון די אויבערשטע עטאַזשען האָבען שוין ניט גע- 
קענט אויסהאלטען די חיץ, און איינער נאָכ'ן צוייטען זיינען 
זיי נעשפּרונגען פון דעם אַכטען, ניינטען און צעהנטען פלאָר 
אַרונטער אויפ'ן סיידװאָק (טראָטואַר), וואו זיי זיינען געבליבען 
לינען טויטע. | 
, ערשט ווען אונטען איז שוין נעלענען אַ באַרג מתים, האָט 
זיך דער ערשטער פייער אינדזשין באַויזען. די פייער לייט 
זיינען אָבער געווען מאַכטלאָז. זייערע לייטערס האָבען דער- 
גרייכט נאָר ביז'ן זיבעטען פלאָר, וי פאַרלאָרענע זיינען זיי נע- 


אין 1011 18 


שטאַנען און צונעקוקט, וי איין פרוי נאָך דער צווייטער פאַלען, 
וי דערשאַסענע פויגעל, פון אויבען, פון די ברענענדע עטאַזשען. 
מענער האָבען זיך לענגער געהאַלטען, איינגעהילטע אין פלאַמען. 
און ווען זיי האָבען שוין ניט געקענט אויסהאַלטען, זיינען זיי 
אויך נעשפּרונגען. 


,אונטען זיינען געשטאַנען מיט אַ יאָמער און געויין טוי- 
זענדער אַרבײיטער פון די ארומיגע פּעקטאָריס, ריהרענדע, שרעק- 
ליכע אומפאַרגעסליכע סצענעס. אויפ'ן אַכטען פּלאָר האָט זיך 
ביים פענסטער באַװויזען אַ יונגער מאַן מיט אַ יונג מיידע?. ער 
האַלט איהר פעסט ביי דער האַנט. הינטער זיי זעהט זיך דער 
רויטער פייער. דער יונגערמאן דריקט די פריילין צערטליך צו 
זיין ברוסט צו, ניט איהר א קוש אין די ליפּען און לאָזט איהר 
אָפּ. זי גיט אַ שפּרונג, זי זעצט זיך שווער אויפ'ן סיידװואָק, אין 
דעם נעקסטען מאָמענט שפּרינגט ער אַרונטער, און זיין קערפּער 
לינט האַרט לעבען איהר, ביידע טויט, 


מאון דאָרטען אויבען בושעװועט דער פייער. א ים מיט 
פלאַמען און א װאָלקען פון רויך האָט די אויבערשטע פלאָרס 
איינגעהילט, צייטענווייז גיט דער ווינט א בלאָז. די פלאַמען 
מיט'ן רויך גיבען אַ שטראָם אָן א זייט, און דאַן זעהען זיך 
דאָרט מאסען פאַרצווייפעלטע מענשען, 

, די פלאַמען האָבען שנעל פאַרכאפּט די טרעפּ און אָנגע- 
פילט די עלעװייטאָר-שעפטם.*) איין עלעװייטאָר האָט זיך אִם- 
געריסען און איז אַראָפּנעפאלען מיט אַ קראך,. די אנדערע דריי 
האָבען צוויי מאָלֿ אוספּעיעט אַרױפצופאָהרען און אראָפּנעמען 
ביי אַ הונדערט מיידלעך. צו פאָהרען אַ דריטען מאָל האָבען די 
עלעװייטאָר-באִיס מורא געהאט צוֹ ריזיקירען. די הונדערטער 
מיידלעך האָבען היסטעריש געוויינט און געװאַרט. אַנשטאָט די 
עלעװייטאָרס, זיינען די פּלאַמען צו זיי צוגעסומען נעהנטער און 
נעהנטער. די מיידלעך האָבען געזעהן, אז דאָרטען װעט זיי שוין 
קיין רעטונג ניט אָנקומען; האָבען זיי זיך א לאָז געטאָן צום 


*) , עלעװויימאָר" איז א לופט. , שעפט" איז דער לערער פּלאַץ. 
דורך וועלכען דער לופם באַװעגט זיך, 


14 בלעטער פון מוין לעבען 


רוף (דאך) צו די פייער עסקעיפּס (רעטוננס נאַניקלעך) און צו 
די ווינדאוס (פענסטער). 

, און דאַן האָט זיך פּלוצלונג דערהערט אַ שרעקליכער קראַך. 
דער זיבעטער פּלאָר אין אייננעפאַלען, צעחנדליגער מיירלעך, - 
װאָס זיינען דאָרט געשטאַנען לעבען דעם עלעװייטאָר-שעפט, 
זיינען . אַריינגעשליידערט געװאָרען אין דעם ים פלאַמען, װאָס 
האָט דאָרט נעבושעװועט. שפּעטער האָט מען זייערע קערפּערס 
געפונען לינענדיג איינע אויף די אַנדערע אין א גרויסער 
הורבע, 

,עס האָט געדויערט אַ נאַנצע שטונדע, איידער די פייערלייט 
האָבען געקענט אריינקומען אין דער ברענענדער געביידע, און 
ביז דאַן איז שוין געווען אלץ פאָריבער. די סייד-װאָקס (טראָ- 
טואָרען) זיינען געווען פאַרליינט מיט טויטע און פארוואונדעטע. 
ביי די פענסטער האָט מען שוין מעהר קיינעם ניט געזעהן. רי 
אומגליקליכע מיידלעך, װאָס זיינען פארבליבען אין דער געביידע, 
זיינען געלעגען ערגעץ פארברענטע אָדער דערשטיקטע פון דעם 
פייער און רויך. 

,עס האָט ניט געסטייעט קיין אַמבולאַנסען און קיין פּאַט" 
ראָל-וענען. די אַרומינע גראַסערי-לײיט, בוטשערס, פּעדלערס 
האָבען אַנטליהען זייערע עקספּרעסען און פּושקאַרטס. צעהנדלי- 
גער אַרומינע סטאָרס זיינען פאַרװאַנדעלט געװאָרען אין מאָרגס 
אָדער האָספּיטאלס. | | 

, מיט צעהן מינוטען פריהער װוי מיר האָבען זיך גענומען 
פאַרן פעדער, האָט זיך אין דעם רעדאַקציאָנס-צימער געעפענט 
די טיר, און עס האָט אַרױסגעזעצט אַ האַרצרייסענדע כליפּעריי 
און געוויין. אַ יונגערמאַן, אַ אידישער אַרבײטער, איז אריינגע- 
פאַלען מיט א היסטערישען געוויין, מאַכענדיג מיט זיינע הענט 
און באַגיסענדיג זיך מיט טרערען. 


איך בין געווען דערביי! איך האָב געזעהן!'" -- האָט ער 
אַרױיסגעשטאַמעלט, און מעהר האָט ער ניט נעקענט ריידען. קוים 
װאָס מען האָט איהם באַרוהינט. דאַן האָט ער אָנגעפאַנגען צו 
דערצעהלען. און דערצעהלענדיג, האָט ער אַלע וויילע זיך פאַר- 


אין 1011 15 


נאַנדערגעבליפּעט און זיך געכאַפּט פאר'ן קאָפּ, דערמאָנענדיג זיך 
אָן די סצענעס, וואס ער האָט געזעהן". 
* *ִ *' 

די געביידע איז געווען אַ פייער-פּאַסטקע. און די טירען, 
דורך וועלכע די ארבייטער מיידלעך װאָלטען זיך געקענט רעטען, 
זיינען אין דעם שרעקליכען מאָמענט געווען פארשלאָסען. 

דער ,פּאָרװערטס" איז עטליכע טעג נאָכאַנאַנד געווען הויפּט- 
זעכליך פארנומען מיט דער טראנעדיע. יעדער טאָג האָט גע- 
בראכט נייע שרעקליכע איינצעלהייטען. ‏ מיר האָבען געדרוקט 
פּאָרטרעטען פון די קרבנות. אונטער איין גרופּע פּאָרטרעטען 
אזעלכע איז געשטאַנען: האָרום דיזע בילדער גיסען זיך טרע- 
רען". 

אלס ביישפּיל, ברענגען מיר דאָ עטליכע פון די אַנדערע 
,קעפּלעך? אין דעם , פאָרװערטס" פון יענע טענג: 

, לויות אנשטאָט חופּות"; ,די גרעסטע טראַגעדיע זיינען 
איצט די 99 קערפּערס, װאָס מען קען ניט דערקענען'; ,אויב 
איהר האָט בילדער פון די, װאָס פעהלען, ברענגט זיי אין אֶפיס 
פון , פּאַרװערטס'; ,אַ שראַנק פון חופּה קליידער --- דאָס אין 
אַלץ, װאָס איז איבערגעבליבען פון יעטא שאַפּיראָ'; , בלױן אַ 
שטומע פידעל איז פון איהם געבליבען"; ,די מוטער פארברענט, 
דער זוֹהן פאַרברענט, דריי יתומים'לעך בלייבען". 

אונטער אַ נרויסען בילך פון חתן-כלח, װאָס איז גענומען 
געװאָרען אַ געוויסע ציים פאַר דער טראַגעדיע, געפינט זיך די 
אויפשריפט: , בעקי קעסלער, די כלה, איז פאַרברענט געװאָרען," - 

אין דער ואָך פון דער טראַגעדיע איז נראָד גענאנגען די 
סדרה ויקרא, וועלכע איז פאַרנומען מיט קרבנות. האָט דעם 
,פּראַלעטאַרישקער מניך" אין זיין סדרה, שבת, דעם 1טען אַפֹּ- 
ריל, ,אַריינגעטייטשט? די קרבנות פון דעם טרייעננעל פייער. 

דער צאָרן געגען די בעלי-בתים פון דער פאַבריק איז נעווען 
אומגעהייער, | 
* * * 

די לויה פון די, װאָס זיינען אומנעקומען אין דעם טרייענגעפ 

פייער, איז געווען דעם מטען אַפּריל. דער , פֿאָרװוערטס" האָט 


16 בלעמער פון מיין לעבען 


יענעם מאָרנען, אויף דער ערשטער פּיידזש, מיט די גרעסטע ווער- 
טער נעהאט דעם רוף: ,קומט אָפּנעבען אונזערע קרבנות די 
לעצטע עהרע !? און אונטער דעם: ייעדער יוניאן מאַן מיט 
זיין טרייד, מיט זיין יוניאן !" 

אין דעם זעלבען נומער נעפינט זיך אַן אַרטיקעל פון דעם 
פּאעט מאָרריס ראָזענפעלד מיט דעם איבערשריפט: ,די פאַר" 
שלאָסענע טיר". און דער לייט-אַרטיקעל טראָגט דעם איבער- 
שריפט: , ביי די קרבנות". 


אויף מאָרגען, דעם 6טען אַפּריל, האָט דער , פאָרװערטס" 
אויף דער ערשטער פּיידזש מיט גרויסע װערטער: ,אַ האַלבער 
מיליאָן מענשען אין טרויער", און אונטען: ‏ אין א נרויסען גוס" 
רעגען געהט אַ טוויער-מאַרטש פון 190 טויזענד מענשען. -- 
די נאַסען זיינען פו? מיט היסטערישען געוויין. --- די מאַרשי" 
רענדע דערזעהען די חורבה, וואו אַזױ פיל אַרבייטער פרויען האָ- 
בען זייערע לעבענס פארלאָרען". און אונטער דעם: ;זיבען ניט 
דערקענטע קרבנות באַנראָבען אויף עווערגרין סעמעטערי.? אויף 
דער ערשטער פּיידזש אין אָפּנעדרוקט א געדיכט פון מאָרריס 
ראָזענפעלד, , דער טרערען מאַרש". 


מיר איז אונמענליך נעווען די לויה בייצואוואוינען. איך 
האָב יענעם טאָנ געמוזט זיין אין װאַשיננטאָן װעגען אן אַנ- 
געלענענהייט, פון וועלכער עס װועט באַלד דערצעהלט ווערען. 

*+ * * 

דעם 12טען אַפּרי? האָט מען אַרעסטירט מאַקס בלאַנק'ען, 
דעם באַלעבאָס פון דער פעקטאָרי. 

עס האָט זיך אָנגעפאננען א פּראָצעס נענען איהם און זיינע 
שותפים. אָבער זיי, די באַלעבאַטים, האָבען געדוננגען דעם בעס- 
טען און פעהינסטען לְאִיער פון ניו יארס, מאַקס סטויער'ן, און 
דער רעזולטאַָט איז נעווען, אַזן אין זיינע הענט האָט זיך א 
וויכטינער עדות פאַרטומעלט אין געוויסע איינצעלהייטען פון די 


פאַקטען, און די דזשורי האָט אַרױסגעטראָגען אַ װערדיקט 
,אונשולריג", 








די מצבה נאָך די קרבנות פון דעם טראַיעננעפ 


פייער 











און 1911 17 


2 
װיקטאָר בערגער אין קאָנגרעם. 


דער , פאָרווערטס" פון דינסטאָנ, דעם 4טען אַפּריל, ענט- 
האַלט אויף דער ערשטער פּיידזש אַ בילד פון אַ פאמיליען-גרופּע, 
--- פוֹן װיקטאָר בערנער, דער פיהרער פון דער סאַציאַליסטישער 
באַוועגונג אין מילװאָקי, זיין פֹרֵוֹי און קינדער,. סמיט עטליכע 
מאָנאַטען פריהער, אין די נאָוועמבער ואַהלען, איז ער ערוועהלט 
געװאָרען רעפּרעזענטעטיוו (פאָרשטעהער, דעפּוטאַט) פון דעם 
קאָנגרעס (אַמעריקאַנער פּאַרלאַמענט), און איצט איז ער געקומען 
אין ואַשיננטאָן צו פארנעמען זיין שטעלע. 

אין דער נעשיכטע פון אונזער באַװעגונג איז דאָס געוען 
אַ מערקווירדינע נייעס, אין אייראָפּא האָבען די סאַציאַליסטען 
שוין פון לאַנג געהאָט דעפּוטאַטען אין די פּאַרלאַמענטען, און 
אין דייטשלאַנד, צום ביישפּיל, האָבען זיי שוין פון לאַנג געהאט 
אַ נרויסע צאֶהל אַזעלכע דעפּוטאַטען אין אמעריקא, אָבער, 
וואו די אומשטענדען זיינען נאַנץ אַנדערע װוי אין אייראפא, און 
וואו דער עכט אמעריקאַנער ארבייטער קאָן פאָרלויפינ ניט זיין 
קלאַסען-באַוואוסט און איז דעריבער קאַלט צוֹם סאָציאַליזם, אין 
אמעריקא נעהט עס מיט דער סאַציאליסטישער פּראפּאנאנדע 
זעהר. שווער. פון צייט צו צייט האָבען מיר דאָ אָדער דאָרטען 
ערוועהלט אַן אַלדערמען אָדער אן אסעמבלימען (דעפּוטאַט צום 
לאָקאַלען פּאַרלאַמענט פון אַ בעזונדערען שטאַאָט), און אין מי?- 
װאָקי האָבען מיר זאָנאַר דעם זעלבען יאֶהר שוין געהאַט אַ סענ- 
סאַציאָנעלען ערפאָלג ביי די שטאָדט-װאַהלען. אונזערער אַ גע- 
נאָסע מיט'ן נאָמען זיידעל אין ערוועהלט געװאָרען מעיאָר פון 
דיזער גרויסער שטאָדט, און צוזאַמען מיט איהם איז אויך דורב- 
געגאַנגען א נרויסע צאָל פון אונזערע קאַנדידאַטען צו אַנדערע 
וויכטיגע שטאָדט אַמטען. דאָס אַלץ האָט נעמאַכט אן אַיינדרוס 
איבער'ן לאַנד. אָבער דאָס וויכטינסטע פון דעם גאַנצען ער- 
פאָלנ אין מילװאָקי איז געװוען די ערוועהלונג פון װיקטאָךר 
בערנער צום קאָננרעס, 

ביי אונז, סאַציאליסטען, איז דאָס ווירקליך געווען א נרוי 


18 בלעטער פון מיין לעבען 


סער יום-טוב, אן אונגעהייער וויכטינער קאַפּיטעל אין דער לאַנג- 
זאמער געשיבטע פון אונזער באוענונג אין אמעריקא, 

דער פייט-אַרטיקע? אין , פאָרווערטס" פון יענעם טאָג (דער 
4טער אַפּרי?) האָט איבער זיך געהאַט אַן איבערשריפט מים די 
ווערטער: ,א היסטאָרישער טאָג איז היינט -- צום ערשטען 
מאָל עפענט זיך דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס מיט אַ סאָציאליסט 
אין איהם". 

װיקטאָר בערגער איז געווען די וויבטיגסטע פּערזענליבקייט 
צווישען די סאַציאַליסטען פון מילװאָקי און איינער פון די ווים- 
טינסטע אין אונזער נאַנצער באַועגונג. ער איז געווען א געביל- 
דעטער מאַן און אַ דענקער, 8 מענש מיט אַ פעסטען ווילען און 
מיט אונטערנעמונגס גייסט. 


ער איז געבאָרען געווארען אין אונגאָרן, פון א קריסטליכען 
פאָטער און אַ אידישער מוטער, און זיין ערציהונג איז געווען אַן 
אונגאַריש-דייטשע,. אין מילװאָקי אין ער אַ לאַנגע צייט געוען 
דער רעדאַקטאָר פון דעם דאָרטינען דייטשען סאַציאליסטישען 
װאָכענבלאַט. שפּעטער האָט ער רעדאקטירט אן ענגלישען ואַ- 
כענבלאַט אויך,. און נאָך שפּעטער, ווען די מילװאַקער גענאָסען 
האָבען געגרינדעט דעם טעגליבען (ענגלישען) , מילװאָקי לירער", 
האָבען זיי איהם געמאכט פאר זיין רעדאקטאָר. ער האָט גע- 
שריבען עננליש אַזױ גוט וי דייטש, ביידע שפּראַכען מיט אַ 
קלאָרען, קרעפטיגען סטיל, מיט אַרינינעלע געדאנקען און מיט 
הומאָר, 


מילװאָקי איז א דייטשע שטאָדט, און הגם די באפעלקערונג 
איז דאן שוין געווען א פאלשטענדיג אמעריקאניזירטע, און די 
דייטשע שפּראך האָט שוין פארלאָרען איהר כאָדען, אין די 
פּסיכאָלאָגיע פון די מילװאַקער אַרבײטער געוען בעסער צוגע- 
פּאסט צו דער סאַציאליסטישער באווענונג, וי אנדערשוואו אין 
די פאַראיינינטע שטאַטען. בערגער האָט געוואוסט, וי דאָס 
אויסצונוצען. מיט זיין מערקווירדיגער ענערגיע און דורך דעם 
גרויסען פּערזענליכען איינפלוס, װאָס ער האָט זיך ערווארבען 
צווישען די ענגליש-ריידענדע, אזוי גוט וי צווישען די דייטש- 


וויק 


טאָ 


ר בערגער 





אין 1911 19 


ריידענדע ארבייטער, האָט ער אויפגעבויט די שטאַרקסטע סאַציא- 
ליסטישע אָרנאַניזאציע אין לאנד. 
* * +* 

איך בין אַריבערגעפאָהרען קיין ואַשיננטאָן און האָב ביי- 
געוואוינט די סצענע, ווען בערנער האָט פאַרנומען זיין פּלאַץ 
צווישען די קאָנגרעסלייט,. איך האָב באַזוכט זיינע צימערען אין 
דער גרויסער געביידע, וועלכע די רענירונג האָט ספּעציע? אוים- 
געבויט פאר די אָפיסעס פון קאָנגרעסלייט. איך האָב אין װאַ- 
שינגטאָן פארבראַכט דריי טעג. 

אין דעם זעלבען , פאָרװוערטס" נומער, דעם 6טען אַפּריפ, 
וואו עס איז באַשריבען די לויה פון די טרייעננעל קרבנות, געפינט 
זיך מיינער אַ לאַנגער אַרטיקעל פון װואשיננטאָן, אונטער דער 
איבערשריפט : ,װיקטאָר בערנער'ס ערשטער טאָג אין קאָנגרעס". 

איך בין מיט װיקטאָר בערגער'ן בעקאנט געווען פו' פריהער. 
אָבער אין דיזע דריי טעג, ווען מיר זיינען מייסטענס געווען צו- 
זאמען און שטונדעןלאַנג געשמועסט, זיינען מיר געווארען נאָ- 
הענטע פריינד. 


8 


,מען מעג שוין זיצען ביי אַ סדר" --- באַראַנאָוו'ס אַרױים- 
טריט געגען דעם אַרטיקעל. -- מיין ענטפער. 


אין , פאָרווערטס" פון דעם 15טען אַפּריל, 1911 (דער ערש- 
טער טאָג פּסח), איז געווען אָפּנעדרוקט מיינער אן ארטיקע? אונ- 
טער דעם נאָמען: ,לכבוד פּסח און לכבוד אמעריקא.? דער 
גרונם טאָן ווערט געגעבען אין דעם געדאנק, אז ,אידען האָבען 
זיך אױיסגעפּוצט לכבוד פּסח, און לְאָמִיר אויך זאָגען, אן זיי 
האָבען זיך אויסנעפּוצט לכבוד אַמעריקא. סיט אַנדערע וועך- 
טער: , מיר האָבען זיך ניט װאָס צו שעמען מיט דעם װאַרעמען 
געפיהל צו פּסח, און מיר האָבען זיך ניט װאָס צו שעמען מיט 
דעם פריינדליכען געפיחל, װאָס מיר האָבען צו אַמעריקא " 

דער אַרטיקעל פאַנגט זיך אָן מיט די פאָלגענדע שורות : 

,אין פילע פאָרטגעשריטענע געבילדעטע אידישע פאמיליעס 
איזן מען נעכטען געזעסען ביים סדר. וען מיט צװאַנציג יאהר 


90 בלעטער פון מוון לעבען 


צוריק װאָלט מען זיך דערוואוסט, אז אַ אידישער סאַציאליסט 
אינטערעסירט זיך מיט אַ אידישען יום טוב, װאָלט מען אַזאַ 
סאַציאַליסט גערופען צבועק. היינט אין דאָס אַ נאַנץ נאַטיר- 
ליכע זאַך. 

מיט אַ יאהר צװאַנציג צוריק האָט אַ פריידענקער ניט נע- 
טאָרט ארויסווייזען קיין אינטערעס צו דעם אידישען פאָלק. היינט 
מעג מען שוין! סיט די בלוט פון די פּאָנראָמען קרבנות האָט 
מען זיך דיזע רעכט געקויפט. 

,װאָס פאַר אַן ענדערונג! אין הונדערטער פאַרשידענע 
איינצעלהייטען לאָזט זיך דאָס מערקען. אן ענדערונג צו גוטען 
איז דאָס, צו אַ ברייטערען פארשטאַנד, צו א מענשליכערער באַ- 
ציהונג צו זיך אַלֵיין, צו די איינענע געפיהלען. 

,און ווען מען טראַכט וועגען דיזער ענדערונג, קומט אַרוֹיף 
אויפ'ן זינען א צווייטע. דער פאָרטנעשריטענער געבילדעטער 
אימיגראַנט קומט אַהער אַריבער פון אייראָפּא אָנגעלאָדען מיט 
פאראכטונג צו אמעריקא. סמיט אַ ניפטינען שמייכעל נעהט ער 
אַרונטער פון שיף, און דער שמייכע? בלייבט אַ פֿאַרגליווערטער 
אויף זיינע ליפּען,. אַלעס אמעריקאַנישעס איז ביי איהם נידעריג. 
אין אייראָפּא אין איינגעװאָרצעלט א מנהג צוֹ קוקען אויף דעם 
לעבען אין די פאַראיינינטע שטאַאַטען פון אויבען אַרונטער. אַ 
לאַנד פון הימעל-קראַצערס און , נעלען" זשורנאַליזם, א יאַריד פון 
ביזנעס און פון בלאָף --- דאָס אין אַלץ, װאָס מען ווייס דאר- 
טען ווענען די יונייטעד סטייטס, 

,אַמעריקא ווערט באהאנדעלט אין אייראָפּא אויף דעם זעל- 
בען שטיינער, װוי אנטיסעמיטישע קריסטען באהאנדלען אידען. 
קען דען ווער לייקענען, אַז דאָס אידישע פאלק האָט פעלערן ? 
אָבער מעהר וי פעלערען זעהען זיי אין איהם ניט. קען מען דען 
לייקענען, אז אמעריקא האָט אין זיך אַ סך בלאָף און , געלקייט" ? 
דער אוננליק איז אָבער, אַז מעהר וי דאָס געדענקט מען ניט אין 
אייראפּא ווענען אַמעריקא, 

, און מיט דיזען איינזייטינען איינדרוק קומט דער אינטעלי- 
גענטער אידישער אימיגראַנט אַריבער פון זיין אַלטער היים אין 
דער נייער". 


אין 1911 21 


איך האָב דאָ נעבראַכט דיזע אַלע שורות, אום דער לע- 
זער זאָל האָבען אַ באַגריף וועגען דעם אינהאַלט פון דעם אַר- 
טיקעל. וייטער װוערט אין איהם אָנגעװויזען אויף די שעהנע 
שטריכען פון דעם אַמעריקאַנער'ס לעבען, אויף די נאָבעלע שטרע- 
בונגען פון דעם אַמעריקאַנער פאָלק, עס וערט ספּעציעל? אָנ- 
געוויזען אויף דעם וואוקס פון דער סאַציאליסטישער באוועגונג, 
דאָ אָבער אינטערעסירט מיך ספּעציעל דער פּונקט וענען 
זיצען ביים סדר. דיזע זייט פון דעם אַרטיקעל האָט ארויסגערן- 
פען אונצופרידענהייט ביי אַ היבשער צאָל פון מיינע נענא- 
סען-,פאָרװוערטסיסטען?. אַ היבשער טיי? אָבער האָט דעם 
גייסט פון דעם אַרטיקע?ל באַנריסט, 
| אין פּריוואטע הייזער, און זאָנאַר אויף קליינע פאַרזאַמלונגען, 
זיינען פאָרגעקומען הייסע דעבאטען, 
דאָס װאָס איך האָב געזאָגט, אַז דער סאַציאליסט מעג שוין 
זיצען ביים סדר, אַז פאַר אַזאַ זאַך װעט מען איהם שוין צבועק 
נים רופען, --- דאָס, האָט זיך אַרױיסגעציינט, איז געווען ריכטינ 
נאָר וועגען אַ טייל פון אונזערע גענאָסען און פריינד. אַן אַנ- 
דער טייל, און פילייכט א גרעסערער, אין געווען ענטריסטעט. 
דיזער צד האָט דעם אַרטיקע? באַטראַכט אַלס אַן אונאַנגענעהמע 
איבערראַשונג, אלס אַפּיקורסות געגען דעם גייסט פון דעם 
,פּאָרווערטס". דער אַרטיקעל זאָגט, אַן מיט צװאַנציג יאָהר 
צוריק האָט אַ סאַציאַליסט ניט נעקענט טרוימען װענען זיצען 
ביי אַ סדר (סיידען ביי זיין מוטער'ס טיש און האַלב אויף 
שפּאַס), עס האָט זיך אַרױסגעצײגט, אַז אַ גרויסער טייל פון 
אונזער באַװענונג האָט נאָך נעהאָט דיזעלבע באַציהוננען צו 
דעם. מען האָט אויף מיר געקוקט, וי אויף א מענשען, װאָס 
איז אַועק צו ווייט ,רעבטס". 
וואו איך בין געשטאַנען און וואו איך בין געגאַנגען, זיי- 
נען צו מיר צונעקומען גענאָסען און אויסנעדריקט זייער פאַר- 
דרוס,. פאַרװאָס איך האָב דעם אַרטיקעל נעשריבען. עס האָבען 
זיך אָבער אויך נעפונען גענוג אַזעלכע, װאָס זיינען נעווען מיט 
מיר פאַלשטענדיג אַינפּערשטאַנען. דער פּראָטעסט האָט מיך 
עראינערט אָן די פּראָטעסטען, װאָס איך האָב געהערט אין דער 


99 בלעטער פון מיין לעבען 


, פאָרווערטס" אַסאָסיאײישאָן און פון אַנדערע גענאָסען פֿאַר די 
אַלע ענדערונגען, װאָס איך האָב געמאַכט אין , פאָרװוערטס", ווען 
איך בין צוריק געװאָרען רעדאַקטאָר נאָך אן אַבװעזענהייט פון 
קנאַפּע פינף יאָהר. 

מיט א קורצער צייט שפּעטער האָט מ. באַראַנאָוו, אונזער טאַ- 
כֿאַנטפולער מיטאַרבייטער, אין , פאָרװוערטס? אָפּנעדרוקט אַן אַר- 
טיקעל, וועלכער האָט אָפּנעשפּינעלט דעם דאָזיגען פּראָטעסט גע- 
גען מיין שטעלונג צום סדר. נעמענדיג דעם אַנטײנאַציאָנאלים- 
טישען שטאַנדפּונקט, איז ער אוועק צו ווייט, און ער האָט זיך 
אויסנגעדריקט צו שאַרף. 

איך האָב איהם געענטפערט פילייכט אויך צו שאַרף. עס 
איז געווען אַ הייסע דעבאַטע. אן אֶפּקלאַנג פון דער דעבאַטע 
האָט זיך נעהערט אין טויזענטער הייזער און שעפּער און כמעט 
ביי יעדען מיטינג פון אַן אַרבייטער רינג ברענטש אָדער פון א 
יוניאן. 

די צייט האָט געאַרבייט צו גונסטען פון מיין שטאַנדפּונקט. 
עס זיינען אַװעקגענאַנגען א פֹּאֶר יאָהר.. עס איז געקומען די 
מלחמח, מיט די אַלע גרויסע איבערקערענישען. דער נאַצאאַנאַז 
ליסטישער נעפיה? איז שטאַרק נעשטינען און א גרויסע, גרויסע 
מאַיאָריטעט פון די, װאָס זיינען געווען אויפנעבראכט פון מיין 
פּסח'דיגען ארטיקעל, האָבען אליין גענומען פיחלען אַזױ װי איך. 


4 | 
ב. װולאַדעק'ס רעדעס און קאָרעספּאַנדענצען. 


אין יאהר 1911 האָט דער ,פאָרװוערטס" געדרוקט אֶפטע 
קאָרעספּאַנדענצען פון אַמעריקאַנער שטעדט, פון ב. װלאַדעק. דער 
נאָמען אין אין אונזער באַװעגונג שוין געװען גוט באקאנט 
און ביי די אידישע סאַציאליסטען פון רוסלאַנד איז ער גוט בא" 
קאנט נגעווען נאָך פריהער וי ביי אונז. דאָרטען איז ב. װלאַ- 
דעק (זיין אמת'ער נאָמען איז ברוך טשאַרני) געווען באַריהמט 
צווישען די בונדיסטען. מען האָט איהם גערופען דער 
,יונגער לאַסאַל, פאַר זיין רעדנער טאַלאַנט, 

אין אמעריקא האָט ער אימיגרירט אין יאָהר 1008. ער איז 


ב. 


ע 
װלאַד 


ק 





אין 1011 95 


דאַן נגעווען 22 יאָהר אַלט, א שעהנער יונג, אַ הויכער, מיט גע- 
קרייזעלטע סאַמעטענע האָר. 

מיט זיין באַנאַבונג אלס רעדנער איז ער פאר אונזער באַ- 
וועגונג געווען א װילקאָמענער גאַסט,. ער אין נלייך געווארען 
טעטיג, און ער האָט געמאַכט א טור איבער'ן לאנד אונטער דער 
לייטונג פון דער דאמאלסטדיגער אידישער אַגיטאַציאָנס ביוראָ פון 
אונזער פּאַרטײ, 

ער האָט באזוכט אַ גרויסע צאָל שטעדט, כמעט יעדען פּלאַץ, 
וואו עס האָט זיך געפונען א געזעלשאפט, א גרופּע, װאָס אין 
געווען פארבונדען מיט אונזער באוועגונג, -- א ברענטש פון 
אַרבייטער רינג, אַ אידישער ברענטש פון דער סאַציאַליסטישער 
פּאַרטײ, אָדער אַ אידישע יוניאָן, צו יענער צייט אין אין די 
יונייטעד סטייטס שוין ניט געוען אַזאַ שטאָדט, אָדער היבשע 
שטעדטעל, װאָס זאָל ניט פֿאַרמאָנען א וװאַקסענדע אידישע 
באַפעלקערונג. אַלזאָ, איז כמעט אומעטום נעווען אונזערע אן 
אָרנאַניזאַציע. 

װלאַדעק האָט דיזע אַלע שטעדט באַזוכט, און אומעטום 
רעדעס און לעקטשורס געהאַלטען. זיין רייזע האָט , געדעקט" 
די פאַרשידענסטע געגענדען פון אַטלאַנטישען ים ביז דעם פּאַסו- 
פישען און פון קענעדע (קאַנאַדאַ) ביז מעקסיקא, קענעדע איינ- 
געשלאָסען. אלזאָ האָט ער פון יעדען ויכטיגען פּלאַץ אונז צו- 
(נעשיקט רייזע בריף. 

9 


סערגעי שעוויטש שמארבם אין דייטשלאַנד, 


דעם 9טען אָקטאָבער פון יענעם יאָהר (1911) האָט דער 
,פאַרווערטס? געדרוקט אַ נאַכריכט, וועלכע האָט ביי אונז, על- 
טערע אימיגראנטען, אַרויסגערופען אַ טיפען טרויער-געפיהל. עס 
איז געשטארבען סערנעי שעוויטש, דער רוסישער באַראָן, וועל- 
כער איז געווען איינער פון די גרינדער פון דער סאַציאליסטי- 
שער באַוענונג אין אַמעריקא, דער וואונדערבארער רעדנער אויף 
עטליכע שפּראכען, דער שעהנער, טאַלאַנטפולער מאַן, וועלכער 
האָט געשפּילט אזא ראָלֶע אין אונזער גייסטינען לעבען די 


24 בלעמער פון מוין לעבען 


ערשטע צייט אין אמעריקא, און וועמען מיר האָבען אַזױ הויך 
געשעצט, ער אין געשטאָרבען אין מינכען, בייערן, וואו ער 
האָט נעוואוינט, זינט ער האָט פארלאָזען די נייע וועלט. 

אין דעם צווייטען באַנד , בלעטער פון מיין לעבען" ווערט 
דערצעהלט ווענען דער ראָלע, װאָס ער האָט געשפּילט אין אמע- 
ריקא (זעה דאָרטען פּיידזשעס 88, 89, 109, 108, 288, 208, 204, 
9, 210, 1, כת, 278, 274, 278, 276, 277, 218, 458, 
6). זיין בילד נעפינט זיך אין דעם זעלבען באַנד, ביי 
פּיידזש 108. | 

זעה אויך וועגען דער פּאַסירונג, דורך וועלכער מיר האָבען 
זיך באַגענענט אין צוריך, אין יאֶהר 1898, אין דעם דריטען באַנד 
, בלעטער פון מיין לעבען" (פּיידוזשעס 528, 829, 980, 531, 
2, 334). 

אין דייטשלאַנד האָט שעוויטש געגרינדעט א ליטעראַטיש- 
הומאָריסטישע װאָכענבלאַט, , סימפּליציסימוס", וועלכע איזן גע- 
ווארען באריהמט. שפּעטער אין זי איבערגעגאַנגען אין אַנדערע 
הענט. זיינע לעצטע יאָהרען זיינען געווען יאָהרען פון נויט. 

אין דער מעלדונג וועגען שעוויטש'עס טויט אין אין ,פאָר- 
ווערטס" אויך געווען באַריכטעט, אז באַלד נאָך דעם איז זיין 
פרוי באַנאַנגען זעלבפטמאָרד. אין דעם צווייטען באַנד פון דיזע 
, בלעטער? ווערט ערקלעהרט, אַז זי איז געװען ניט קיין אַנ- 
דערע, װוי די באַריהמטע שעהנע העלענע פאָן ראַקאָװיץ, אין 
וועמען פערדינאַנד לאַסאַל איז געווען פאַרליבט, און איבער ווע" 
מען ער האָט פאַרלאָרען זיין לעבען אין אַ דועל, אין דעמזעלבען 
באַנד (פּיידזש 271) ווערט דערצעהלט, װי שעוויטש האָט מיך 
פאַר איהר פאָרגעשטעלט, אויף דער פאַרזאַמלונג אין מיינער'ס 
טעאַטער, וואו עס איז פאָרנעקומען די דעבאַטע (ועלכע איז 
פאַר אונז אַ היסטאָרישע) צוישען שעויטש'ען און הענרי 
דזשאָרדזש'ען. 

די לעצטע צייט פאַר שעוויטש'עס טויט האָט זיך די פּאָר 
פאָלק שטאַרק נעפּלאַגט,. און וען זי איז געבליבען אַליין, אֶהן 
שום לעבענסמיטעל און אַן עלענדע, האָט זי געמאַכט אַן ענד 
צו איהר לעבען. 


אין 1011 98 


6 
איך באַגעגען זיך מיט אַרנאָלד בעננעט'ען. 


אין נאָוועמבער פון יענעם יאָהר, 1911, איז קיין ניו יאָרק 
געקומען דער עננלישער שריפטשטעלער ארנאָלד בעננעט. איך 
בין מיט איהם באקאנט געווארען. 

איך האָב איהם געהאַלטען פאר דעם בעסטען בעלעטריסט 
אין דער עננלישער שפּראך פון אונזער צייט. זיינע ראָמאַנען, 
, אָולד וואיווס טעילס" און , קלעיהעננער" האָבען אין מיר אַרויס- 
גערופען באַגייסטערונג, איך האָב איהם אייננעלאדען אוֹיף 
לאָנטש אין דעם דאמאלסדינען רעסטאָראן , קאפע בולואר", 
אויף צווייטער עוועניו, קאָרנער צעהנטע סטריט. און דאָרטען 
האָבען מיר, מיין פרוי, ער און איך, פארבראַכט פיר שטונדען 
אין שמועסען ווענען ליטעראַטור, הויפּטזעכליך ווענען די רוסי- 
שע מייסטערס, וועלכע ער האָט פאַרגעטערט, 

מיט די ווערק פון טורגעניעוו, טאָלסטאֵָי און דאָסטאַיעװ- 
סקי איז ער נגעווען באקאנט דורך פראַנצויזישע איבערזעצוננען 
(זיין פרוי איז אַ פראַנצויזין, און ער האָט איהר מוטער-שפּראך 
געקענט גרינדליך). 

אין מיין שמועס מיט איהם, איז מיין אויפמערקזאמקייט צו- 
געצוינען נעװאָרען צו אַ געוויסען שטריך אין זיינע באַציהוננען 
צו שריפטשטעלער אין אַלגעמין, אַ שטריך, װאָס מען געפינט ביי 
אַלע וויכטינע רעאַליסטען אין עננלאַנד און אַמעריקא, אָבער ניט 
ביי די רוסישע. זיי, די ניט-רוסישע, זיינען מעהר טאָלע- 
ראַנט. זיי זיינען ניט אזוי שטרענג אין זייער אורטיי?. וען א 
נאָװועליסט האָט טאַלאַנט, מענ ער שרייבען מעלאָדדאמאַ, לויבען 
זיי איהם אויך, 

7 
ענדליך לענען מיר דעם פונדאמענט פון דער צעחן שטאָ. 
קינער , פאָרווערטם" געביידע. --- די צערעמאָניע דעם 
פלטען נאָוועץמבער, 1911, 
די ארבייט ביים בויען די צעהן שטאָקיגע , פאָרוװוערטס" 
געביידע האָט זיך פארצוינען. גראָבענדיג די ערד פאַר דעם 


26 בלעטער פון מיין לעבען 


פונדאַמענט, האָט מען זיך אָנגעשטױיסען אָן א שטארקען וא" 
סער קװאַל, עס האָט געקאָסט פיל מיה, צייט און געלט, איידער 
מען האָט איהם פאָלשטענדיג פארשאָטען און פארמויערט. אונ- 
זערע אַרכיטעקטאָרען, די ברידער בעהם, וי אויך די אינספּעק- 
טאָרען פון דעם בילדינג דעפּאַרטמענט (בואָפּטײלונג פון דער 
שטאָדט-רעגירונג), האָבען ערקלעהרט, אן מען קען שוין מים 
זיכערהייט לענען דעם פונדאַמענט און אָנהויבען בויען די גע- 
ביידע. 

ענדליך, אלזאָ, האָט מען אָנגעהויבען צו לענען דעם פונ- 
דאמענט, דעם 28טען נאָװעמבער, 1911, האָט מען מיט אַ 
נרויסער צערעמאָניע און מיט רעדעס, אין דער אנוועזענהייט פון 
פינף-און-צוואנציג טויזענד אנוועזענדע, געלעגט דעם ערשטען 
װינקעלשטיין. 

מיט דער ראָלע פון , מויערער" ביי דער דאָזינער צערע- 
מאָניע האָט די , פאָרװערטס" אסאָסיאיישאָן מכבד געווען רעם, 
װאָס שרייבט דיזע שורות איך האָב ,געלענט" דעם וינ- 
קעלשטיין דערצו האָט די ברילקעיערס יוניאן (פארבאנד פון 
מויערער) מיט אַ פֹּאָר טעג פריהער מיך אָפּיציעל געמאַכט פאַר 
איהרען א מיטנליד און מיך ארויסנעגעבען אַ מיטגלידס קארטע. 

רעדעס זיינען געהאַלטען געווארען פון ב. פייגענבוים, וואנ- 
האָופּ, אַסאָשיאײיט עדיטאָר (געהילף רעדאקטאָר) פון דעם ,װאָרק- 
מענ'ס אדװאָקעיט", דזשייקאָב פּענקין, ב. וויינשטיין, סעקרעטער 
פון די פּאַראייניגטע אידישע נעװוערקשאַפטען, לעאָן דייטש") און 
אַנדערע, | 

די אמת'ע מויערער האָבען מיך אראָפּנעפיהרט אונטען, צו 
דעם פּלאַץ, וואו מען האָט נעלענט דעם פונדאַמענט. דארטען 
האָט מען מיר געגעבען א זילבערנע , קעלניע", און א באַזילבערטע 





*) דער באַריהמטער רוסישער רעװאַלוציאָנער, וועלכער אוו און 
יאהר 1001 אנטלאָפען פון סיביר און האָט דאַן א קורצע צייט פאן- 
בראַכט אין ניו יארק (ועה פערטען באַנד פון , בלעטער", פיידושעס 
9, 284, 284, 958). אוצט, אין 1011, איז ער ווידער געקומען 
צו אונז, און ער אוז געווארען רעדאקטאָר פון דעם רוסישען סאַצוא- 
לוסטישען װאָכבענבלאט ,נאָװוי מור". 


און 1911 | 7 


,גרונטוואגע?. איך האָב גענעבען א פֹּאָר כלומר'שטדינע קלעםּ 
אין א שטיין, און פאַרטיג. ‏ עס האָט געהייסען, אז איך האָב נע- 
לענט דעם ערשטען ווינקעלשטיין פון אונזער צעהן-שטאָקיגער גע- 
ביידע, 

8 


סאָציאליסטישע זיגען. --- מיין באַזוך אין סקענעקטעדי. --- 
אונזער פרייד מיט דער סאַציאליסטישער באוועגונג 
פון דייטשלאַנד. 


ביי די וואהלען, אין נאָוועמבער, 1911, האָט אונזער פּארטיי 
געהאָט אַ גלענצענדען זיג אין סקענעקטעדי, אַ ויכטינע פאַב- 
ריק שטאָדט פון דעם שטאַאַט ניו יארק. דאָרטען אין ערוועהלט 
געווארען דזשאַרדזש לאָן, אונזער קאנדידאַט אויף מעיאָר, און 
דזשאהן מעריפ, אונזערער אַ קאַנדידאַט אין דער אַסעמבלי, דער 
ערשטער סאַָציאַליסט אין דער אַסעמבלי פון אֶלבאַני (די שטאָרט, 
וואו עס געפינט זיך די רענירונג פון דעם שטאַאַט ניו יאָרק), 

צו דערזעלבער ציים זיינען אויך ערוועהלט געווארען סאָ- 
ציאליסטישע קאַנדידאַטען אויף מעיאר אָדער אַסעמבלימען אין 
אַנדערע פּלעצער, 

דעם ערשטען יאַנואר, ווען לאָן איז ארייננעטראָטען אין 
זיין אמט, בין איך געווען אין סקענעקטעדי. איך האָב נעהאט 
אַ געשפּרעך מיט דעם נייעם מעיאר און אויך מיט װאָלטער 
ליפּמאן'ען, זיין פּריװאַט סעקרעטער, וועלכער האָט אויף מיךר 
גלייך געמאַכט אַן איינדרוק אס אַ פעהינער אידישער יונגערמאַן*). 

דריי װאָכען שפּעטער, ווען לאָן איז געווען אין ניו יארק, 
האָבען די אידישע גענאָסען פאַר איהם נעמאַכט א קבלת פּנים 
אין קלינטאָן האָל, וואו איך בין געווען איינער פון די רעדנער. 

אַלס צוגאָב צו דעם גרויסען סאַציאליסטישען זיג פון מיל- 
װאָקי, האָט די ערוועחלונג פון לאָן און מעררי? און פון א 
גאנצע רייהע אַנדערע סאַציאליסטישע קאַנדידאטען איבער'ן לאנד 


*) ווען דיזע ווערטער ווערען געשריבען, אוז ער דער הויפט לווט- 
אַרטיקעל שרייבער אין דער ניו יארק ‏ װאָירלד", און ער האָט אַ נאָ- 
מען אובער'ן גאַנצען לאנד, 





98 בלעטער פון מיין לעבען 


(הגם ניט אזעלכע וויכטיגע) אויף אונז נעמאַכט אַן ערפרעהענ- 
דען איינדרוק. עס האָט גענומען אויסזעהן, אז אונזער באווע- 
גונג דערשלאָגט זיך שוין צו א פעסטען באָדען אין אמעריקא. 

און דאָך איז אונזער וויכטינסטע מאָראלע שטיצע נאָך אלץ 
געווען די סאָציאליסטישע באווענונג פון דייטשלאנד. 

מיר זיינען געווען אַזױי וי אַן אָרעמע כלה פון דער אַלטער 
היים, וואס גיט א חתן אָן אין נדן, דאָס װאָס זי האָט א רייכען 
פעטער אין אמעריקא. 

אויף יעדער פאַרזאמלונג אונזערער פלענען מיר אַנויזען 
וי גרויס עס איז די דייטשע סאַציאלדעמאָקראטיע. 

אין דער צייט, ביי וועלכער מיר האַלטען דאָ, דער אֶנהויב 
פון יאהר 1919, האָבען אונזערע דייטשע גענאָסען אויפגעשטו- 
רעמט די וועלט מיט זייער ריזינען זיג ביי די רייכסטאג וואה- 
לֶען,. האָט דער , פאָרווערטס" דעם דאָזינען פאקט ארויסגע- 
שטעלט מיט פּאראד. ‏ דעם 13טען יאנואר (1912) איזן אויף 
אונזער ערשטער פּיידזש געווען אן איבערשריפט מיט גרויסע 
בוכשטאַבען, וועלכע האָבען אָנגעזאָנט, אז ביי די וואהלען פון 
דייטשלאנד זיינען אָפּנענעבען געװאָרען העכער װוי פיר מיליאָן 
שטימען פּאַר די סאַציאליסטען, אז זעכציג סאַציאליסטישע דעפּו- 
טאַטען זיינען שוין ערוועהלט געווארען, און אז נאָך 99 געהען 
אין די שטיכוואהלען. 

און דעם 26טען יאנואר האָבען מיר געהאַט אן איבערשריפט, 
פינף קאָלומנס די ברייט, מיט די ווערטער : 

;די סאַציאליסטען זיינען היינט די גרעסטע פּארטיי אין 
דייטשלאַנד. זיי האָבען 110 דעפּוטאַטען, און די קאַנסער- 
וואטיווע פּארטיי נאָר 08". 


9 
ווייטערער וואוקם פון , פאָרװערטס". -- א פּאָר לייכטע 
, פיטשורס". --- די , טיטאניק"-טראַגעדיע. -- דער 
ביילים פּראָצעם. 
דעם ערשטען יאַנואַר, 1919, האָבען מיר אַנאָנסירט, אַז 
אין דעם פארגאננענעם יאהר האָט די צירקולאציע פון אונזער 


אין 1011 99 


צייטונג זיך פארגרעסערט אויף 17 טויזענד, לט דעם אִפו- 
ציעלען באַריכט פון דער ,אסאָסיאיישאָן אָוו אַמעריקען עדווערטיי- 
זערס", האָבען מיר איצט שוין געהאט 180,462, 

איך האָב איינגעפיהרט אַ פֹּאַר נייע לייכטע , פיטשורס", און 
זיי האָבען געהאַט אַ גרויסען ערפאָלנ, איין פיטשור אין באַ- 
שטאַנען אין דעם, וואס מיר האָבען יעדען מאָנטאָג געגעבען אַ 
גאנצע פּיידזש מיט דעם אינהאלט פון די אינטערעסאנטסטע זא- 
כען אין די אמעריקאנער צייטונגען פון דעם פריהערדיגען טאָג, 
דאָס הייסט, פון זונטאָג. 

פאר די ניט-אמעריקאנער לעזער פון דיזע , בלעטער" מוז 
ערקלעהרט וװערען, אז אן אַמעריקאנער זונטאָג-צייטונג ענט- 
האלט פילע צעהנדליגער בלעטער מיט ארטיקלען, בילדער, אנאָנ- 
סען א. אַז. וו. דאָס איז בוכשטעבליך א ים מיט לעזע-שטאָף, 
א סך אינטערעסאנטעס פאר די פארשידענע קלאסען פון דעם 
ברייטען עולם. דער איבערשריפט , די אינטערעסאנטסטע אר- 
טיקלען אין די נעכטינע אמעריקאנער צייטוננען" האָט נעמאכט 
א , חיט". די אפּטײלונג איז אויפ'ן שטע? געווארען זעהה פֹּאַ- 
פּולער, און זי נעהט אין , פּאָרווערטס" עד היום. 

א סך אינטערעס האָבען ארויסגערופען אנטװאָרטען וואס 
לעזער האָבען צונעשיקט אין דעם זומער פון יאָהֹר 1011 אויף 
מיין פראַגע : ,װאָס הייסט אַן אויסגעגרינטער"? און א היבשע 
צאָהל? פון די אַנטװאָרטען זיינען געווען געלונגענע. 

איין אַנטװאָרט איז, צום ביישפּיל, געווען : 

,אַן אימיגראַנט, װאָס איז אין דער חיים געווען א בראַווער 
רעװאָלוציאָנער און האָט זיך מוטיג געשטעלט געגען שפּיאָנען 
און קאָזאַקען, און אין אַמעריקא שפּיאָנעװועט ער אין שאַפּ געגען 
זיינע מיטאַרבייטער, אום נושא חן צו זיין ביי דעם באַלעבאָס." 

אַ צווייטער אַנטװאָרט : 

,אַן אימיגראַנט, װאָס שטודירט אויס אויף אַן ארבייטער 
מיידעל'ס געלט, און דערנאָך װאַרפט ער איהר אַװעס " 

אַ דריטער אַנטװאָרט ; | 

,אן אימינראַנט, וואס פארקאַשערט די הויזען, אז עס זאָלען 
זיך זעהן זיינע קאַלירטע זאָקען, וועלכע ער האָט נעקויפט אויף 


80 בלעטער פון מיין לעבען 


אַ פּושיקאַרט, און װאָס אין דעם באַשטעהט זיין נאַנצע אַמער 
קאנישקייט". 

פאַר דאַמען צו פאַרבען די באַקען און די ליפּען אין שוין 
דאַן נעווען אין דער העכסטער מאָדע,. און יונגע מיירלעך, נאָך 
נאָר קינדער, פלענען זיך שוין אויך פּוצען אויף דיזען שטיי 
גער,. האָב איך נעשיקט א מיטאַרבייטער זיך זעהן מיט די פּרינ- 
סיפּאַס (דירעקטאָרען) פון עטליכע האַײיסקולס (מיטעל-שולען), 
וועגען דעם ענין. אַלֶע האָבען זיך באַקלאָגט, אז זייערע שילע- 
רינס פארבען זיך, און ווען מען מוסר'ט זיי, ענטפערען זיי, אַז 
דאָס איז זייער אייגענע , ביזנעס". 

מיר האָבען דיזע נעשפּרעכען מיט די פּרינסיפּאַלס איבער- 
גענעבען אין , פארווערטס", און דאָס האָט ארויסגערופען בריף 
פון עלטערען וועגען דער פראגע. 

* * ִ* 

דער , פאָרווערטס? האָט געוואונען לעזער ביי יעדער וויכ" 
טיגער נייעס, װאָס האָט אויפנערודערט די שטאָדט אָדער די 
וועלט. אין אזא צייט ווערען אַלע צייטונגען, נאַטירליך, פאַר- 
שפּרייט בעסער וי נעויינליך, און צו א פּאָפּולערער צייטונג 
כאַפּט מען זיך גיכער וי צו אַנדערע. מיר האָבען יעדע נייעס 
אזעלכע , געקאָװוערט", מיט דער פולער האַנט, אָפּגעגעבען אויף 
דעם א סך פּלאַץ, און א חוץ אלע אינטערעסאַנטע פאקטען מיט 
אַלע איינצעלהייטען, האָבען מיר נעדרוקט אַרטיקלען מיט ער- 
קלעהרוננען, כדי אלץ זאָל זיין פארשטענדליך, דייטליך און אינ- 
טערעסאַנט, 

אַזױ האָבען מיר נעטאָן אין אַפּריל, 1012, װען די 
וועלט איז אויפנעשטורעמט געװאָרען פון דער ,טיטאַניק" 
טראַנעדיע=) 

דער , פאָרווערטס" האָט די בלוט פאַרנליווערטע פּאַסירונגען 





*) דו , טיטאַניק" איז געווען א נייע שיף פון דער ענגלישער 
, ווהיוט סטאַר קאָמפּאנו", די גרעסטע שיף וואס און ביו דאן וען 
עס איז געבוים געווארען. דאָס איז געווען איחר ערשטע רייזע (פון 
ענגלאַנד קיין אמעריקא). אויפ'ן װעג האָט זי זיך אָנגעשלאָגען אַן 
אַן אייזיבארג, ‏ א שטוק שוף און ארווסגעריסען געווארען, און די 


אין 1011 1 


באַשריבען מיט אַלע איינצעלהייטען, ניט זשאַלעװענדיג קיין פּלאַץ 
און קיין ענערניע. 


ארום דערזעלבער צייט האָט זיך אין קיעוו, רוסלאַנד, ענט- 
וויקעלט די שענדליכע געשיכטע מיט דעם בלוט-בלבו? אויף 
מענדע? בייליס'ען, און קנאַפּע צוויי יאָהר שפּעטער אין פאָרנע- 
קומען דער ביילים פּראָצעס, מיט וועלכען עס האָט לאנג געקאַכט 
גאַנץ רוסלאַנד, און ביי די אידען פון דער גאנצער וועלט. מיר 
האָבען דאָס אַלץ איבערגעגעבען פּאַר אונזערע לעזער אויף אן 
איינדרוקספולען שטייגער, מיט אַלע פאַקטען און מיט ער- 
קלעהרונגען, 


דער , פּאָרװוערטס? פון דעם 23טען מערץ, 1912, האָט ענט- 
האלטען א פאַטאָגראפישע קאָפּיע פון א רוסישער אנטיסעמיטי- 
שער פּראָקלאמאציע, די פּראָקלאמאציע איז אילוסטרירט מיט אַ 
בילד פון אַ אידען, װאָס קוילעט א קריסטליך אינגעלע, אונטער 
וועלכען עס זיינען געשטאַנען די װוערטער: , כריסטיאַנע, בערעגיטע 
סוואָאיך דיעטעי" (קריסטען, היס אייערע קינדער !). 


10 


,פריידענקער און פרייע דענקער". -- 8ן אפּיקורט פון דעם 
אַלטען שניט. --- צוויי געשפּרעכען. -- טעאטער קריטיק. 


מיין אַגיטאַציע פאר טאָלעראנץ, פאר אנשטענדינע באַ- 

ציהוננען צו עהרליכע געגנער האָב איך פאַרטגעזעצט. איך 
| האָב, צום ביישפּיל, געהאַט אין , פּאָרװערטס" אן ארטיקעל אוו- 
טער דער איבערשריפט , פריידענקער און פרייע דענקער? וואו 


ריוזיגע אונדזשונס האָבען עקסטּלאָדירםט. איבער צוווו מווזענט מענ- 
שען זיינען אומגעקומען, צווישען זיי אוונוגע באקאנטע פּערזאַנען. 
עטליבע מעג נאָכאַנאַנד זיינען די אמעריקאנער צוומונגען געװוען פוס 
מיט דו איונצעלהיימען, -- אָהן א צאָהל טראגעדיעס, סצענעס פון 
וואונדערבארע רעטונגען, פון זעלבפט-אָמפערונג, פון הארץ-רווסענדע 
געזעגענישען פאר'ן מוום, צופאַלען.. 


22 בלעטער פון מוין לעבען 


עס ווערט ערקלעהרט דער אונטערשייד צווישען אמת'ע פרייע דענ- 
קער און אפּיקורסים, פאַנאַטיקער, ביי וועלכע דער אַטעאיזם אין 
אַ מין נייע רעליניע. ביי אידען פלעגט דאָס װאָרט פאַנאַטיקער 
געהן נאָר אויף פרומע רעליניעזע מענשען. אַלזאָ אין אין דעם 
אַרטיקעל ערקלעהרט געווארען דער אמת'ער זין פון דעם װאָרט, 
און עס ווערט געוויזען אז אין אפּיקורסות קען מען אויך זיין א 
פאַנאטיקער,. 


דער אַרטיקע? האָט מיר נעבראכט בריף פון לעזער, איינינע 
האָבען מיר געדאנקט, אנדערע אָבער זיינען געווען זעהר אונצו- 
פרידען,. איין בריף איז מיר געקומען פון א נוטען באקאנטען. 
ער האָט גערעדט מיט אַ טאָן פון יסורים. ער האָט מיין אַרטיקעל 
באַטראַכט פאר אַ פארראט צו מיין איינענער מיינוננ װוענען רע- 
ליניע. זיין בריף האָט מיך ערינערט אָן דעם גרויסען בריף, 
װאָס איך האָב מיט עטליכע יאָהר פריהער באקומען פון א גע- 
וועזענעם אַנאַרכיסט פון דער סאוט (זעה פערטען באַנד, פּיידזש 
6 און 807). יענער געװעזענער אַנאַרכיסט האָט מיט ענמת 
נפש נגעלעזען מיין רוף, אז מען זאָל מיט טאַלעראנץ זיך פאר- 
האַכטען צו מענשען, וועלכע האָבען אנדערע מיינוננען וי אונ- 
זערע, דער שרייבער פוֹן דעם איצטינען בריף איז געװען אן 
אינטערעסאנטער מענש,. איך האָב איהם שוין ניט נעזעהן איי- 
נינע יאהר, און מיט זיין בריף האָט ער מיך אזוי פאראינטערע- 
סירט, אז איך האָב איהם ספּעציעל איינגעלאדען צו קומען צו 
מיר. סיר האָבען פארבראכט א נאַנצען נאָכמיטאג צוזאמען. 
ער האָט נערעדט מיט אַזאַ ערנסט, מיט אזוי פיל נייסט, אז איך 
האָב קיין האַרץ ניט געהאַט מיט איהם צו דעבאַטירען. עס אין 
מיר סתם אינטערעסאַנט נעווען מיט איהם צו שמועסען. ביי 
איהם איז אויך די אפּיקורסות געווארען א רעליניע. 


גאָר אַמאָל, אין דער חיים, אין די נאַנץ יוננע יאָהרען, איז 
ער נעווען א ליידענשאַפטליכער פרומאק, און ווען ער אין נע- 
קומען צו זיינע אַטעאיסטישע נעדאַנקען, איז ער געווארען א ליד 
דענשאפטליכער אטעאיסט. ער איז א גנוטער דענקער, ער גע- 
הערט אָבער צו יענעם טיפּ מענשען, ביי וועלכע, ווען זיי ווערען 


אין 1911 28 


| באַנײסטערט, הערט אויף צו ווירקען דער שכ? און עס רענירט 
נאָר דער נעפיהל, 

איך שרייב דאָ ווענען דעם, וייל מיר האַלטען' ביי דער 
צייט, ווען ער איז צו מיר נעקומען אין בעצונ צו דעם אויבען- 
דערמאַנטען אַרטיקע? מיינעם. איך קען אָבער מיינע געשפּרע- 
כען מיט איהם אין מיין געדאנק ניט אָפּטײילען פון א באַנע- 
געניש, וועלכע איך האָב מיט איהם געהאָט מיט עטליכע יאֲהר 
שפּעטער, ווען אמעריקא איז שוין געווען אין דער מלחמה. 

זיין זוהן איז נעפאלען אין קרינ. דאָס האָט איהם אזי 
אויפנעטרייסעלט, אז ער איז שיער פון זינען ניט אראָפּ. אין 
זיין פארצווייפלוננ האָט ער געזוכט עפּעס א גייסטינע רעטונג פאר 
זיך, און דערביי האָט איהם געצוינען צוריק צוֹ רעליניע. 

--- יא, איך בין שיער ניט צוריק געווארען רעליניען, -- 
האָט ער מיר אַמֵאֵל ערקלעהרט, ווען מיר האָבען זיך נעטראפען 
אין א טעאַטער. 

ער האָט זיך געװאָלט פאר'שכור'ען מיט װאָס עס איז, 
אַבי ער זאָל קענען זיך איינריידען, אז זיין זוהן'ס לעבען האָט 
זיך נאָך אין נאַנצען ניט נעענדינט, אַן עס אין פאַראַן פאַר 
איהם א היענע וועלט". 

עס איז געווען הארץ-רייסענד, 

ווען מיר האָבען זיך נגעהאַלטען אין זעגענען, און איך האָב 
איהם געדריקט די האַנט, זאָנט ער צו מיר מיט אַ זאָנדערבארען 
שמייכעל: 

--- מילא, אַיינריידען זיך, אַז עס איזן פאַראן א היענע 
וועלט", װעל איך ניט קענען. איין נוץ ברעננט מיר מיין אומ- 
גליק. איהר האָט אויסנעפיהרט, מר. קאַהאַן. איך בין שין 
איצטער טאָלעראַנט. איך בין שוין ניט אַזױי אייננעשפארט ‏ 
אין מיין פרייען געדאַנק. יאָ, יא, איהר האָט רעכט. יעדען 
עהרליכען נעדאנק מוז מען שעצען. מען מוֹן האָבען געדולד, 
מען מוז האָבען נעדולד, 

א *ִ אי 


אונזער אֶפּטײילונג פון טעאַטער קריטיק, וועלכע האָט שוין 


54 בלעטער פון מוין לעבען 


לאַנג געהאט אַ גרויסען איינפלוס אין דעם אידישען קווארטאל, 
איז ווייטער געוואקסען אין איהר באַדייטונג. ווען עם פלעגט אין 
, פאָרווערטס" ערשיינען אַ קריטיק אויף אַ נייער פּיעסע, האָט 
דער עולם בכלל און טעאטער מענשען בפרט איהר געלעזען מיט 
זשעדנעקייט. 

מיר האָבען זיך אימער פאַרהאַלטען שטרענג צו זיך. ביים 
שרייבען פאַרגעסען מיר אָן פריינדשאפט, אָן דער פראַגע פון 
פּאַרטײ, אָדער צד, עס איז א נאַנץ אָפטע ערשיינונג, אז מיר 
זאָלען ארונטעררייסען א פּיעסע פון אונזערען אַ נאָהענטען חבר, 
און פאַרקערט, אז מיר זאָלען לויבען מיט'ן גאַנצען האַרצען אַ 
טעאַטער שטיק פון א דראַמאַטורג, װאָס געהערט צו א פיינרליכען 
לֿאַגער,. דאָס און, אֶהן צווייפעל, אויך דער כאַראַקטער פון די 
קריטיקען נופא האָט דער אָפּטײילונג פאַרשאַפט אַ גרויסען נאָ- 
מען. עס איז נגעווארען אַ ווערטעל, אז דער ,פאַרװערטס" קען 
א פּיעסע אַרונטערווארפען און אויפשטעלען. אזעלכע כללים 
זיינען געוועהנליך שטאַרק איבערטריבען, ווארים דער שיקזאל 
פון אַ טעאַטער-שטיק ווענדט זיך ניט דוקא אָן דיזען איינפלוס. 
פאַראן פארשידענע אומשטענדען, וועלכע קענען אַ פּיעסע פאר" 
שאפען ערפאלנ, טראָץ די בעסטע און שטאַרקסטע, די ריכטיג" 
סטע און געלונגענסטע אוננינסטיגע קריטיק.. און פארקערט, די 
בעסטע און מעכטינסטע קריטיק אין אָפּט מאַכטלאָזן צו ברענ- 
גען דעם עולם צו א פאָרשטעלונג, וועלכע נעפעלט איהם ניט. 
און אויב איהר נעמט אייערע קריטיקען ערנסט, קומט אייך 
שרייבענדינ אָפּט אויס צו פיהלען, אז איהר מענט זיך צורייסען 
פויבענדיג א דראַמע, װועט דער עולם איהר פאָרט נים געהן זעהן. 
אָדער פארקעהרט. עס פלענט אָבער זעהר אָפט טרעפען, אן א 
פּיעסע, וואס איז שוין אייגענטליך דורכגעפאלען, און מען האָט 
זיך געקליבען אראָפּצונעמען זי פון דער ביהנע, האָט דורך א 
װאַרעמע גינסטינע קריטיק אין ,פאָרװוערטס" וידער אויפגע- 
לעבט און איז דערנאָך געגאננען א היבשע צייט פאר געפּאקטע 
הייזער. 

די אָפּטײילונג , ליטעראטור און לעבען" האָב איך פארט" 
נעזעצט. 


אין 1011 | 08 


11 


נאָמבערג אין אַמעריקא. -- גוטע בעלעטריסטיק אין 
,פאָרווערטם," 


אין יאנואר, 1912, אין ה. ד. נאָמבערג נעקומען אויף א 
וויזיט קיין אמעריקא. ער אין ביי אונז געווען אַן אָפּטער איינ- 
געהער און האָס געשריבען א פֹּאָר אַרטיקלען פאר'ן ,פאָר- 
ווערטס", אין איין אַרטיקעפ, אונטער דעם נאָמען ,געדאַנקען 
פון א גרינעם", האָט ער איבערגעגעבען זיינע איינדריקע פון 
ניו יאָרק. אן ערצעהלונג מיט'ן נאָמען ,פריינט", וועלכע ער האָט 
געשריבען ספּעציעל פאַר אונז, איז ביי אונז גענאַנגען אין דריי 
נומערען, אֶנפּאַנגענדיג זיך דעם 28טען פעברואר. נעהענטער 
באקאנט זיינען מיר אָבער געװאָרען ערשט מיט עטליכע יאָהר 
שפּעטער. 

שלום אֵשׁ און אבההם רייזען האָבען רעגעלמעסיג נגעשריבען 
אין , פאָרווערטס", און ארום יענער צייט האָט יונה ראָזענ- 
פעלד אונז אָנגעהױיבען צושיקען זיינע זאַכען פון רוסלאַנד, דעם 
סטען אַפּריל, 1911, האָבען מיר געדרוקט זיין ערצעהלונג ,אַ 
סוחר", 

אונזער אייגענע בעלעטריסטישע גרופּע, --- איך מיין די, 
װאָס האָבען זיך ענטוויקעלט ארום דעם ,פאָרוװוערטס", דוך 
בראון, ב. באַטװיניק, מ. אדערשלענער, מ. אַשעראָװיטש, יצחק 
בלום, --- האָבען אָפט געשריבען סקיצען. 

דעמזעלבען יאָהר האָט ווידער אָנגעפּאנגען מיטצוארבייטען 
אין ,פאַרװוערטס? ז. פעווין, וועמעס שריפטשטעלערישע טע- 
טינקייט עס האָם זיך אָנגעהויבען אין , פאָרווערטס", אין יאחר 
7, ווען איך בין נאָך געווען דער רעדאקטאָר (זעה דריטען 
באַנד פון דיזע , בלעטער", פּיידזש 414)., פון איהם האָט זיך 
ענטוויקעלט א פיינער קינסטלער. דאָס איזן אַ שריפטשטעלער, 
װאָס שילדערט מענשען און זאַכען מיט איבערצייגענדע לעבענס- 
שטריכען און לעבענס-פארבען, איינער פון די וויכטינסטע טאַ- 
קאנטען אין דער אידישער ליטעראַטור. 

מיט דעם ספּעציעלען צוועק צו געבען די לעזער א מוסטער 


26 בלעטער פון מיין לעבען 


פון דער בעסטער ליטעראַטור, האָב איך אין יענעם יאָהר פאַר'ן 
,פאָרווערטס" איבערגעזעצט טאָלסטאָי'ס ,קרייצער סאָנאטא" און 
דאָס געדרוקט מיט קריטישע ערקלעהרונגען. די איבערזעצונג 
האָט אָנגעפאננען צו געהן אַרום סוף פון יאָהר 1911. 


12 
דער טוט פון אַלעקסאַנדער יאָנאַס. -- די לויה. 


דעם 29טען יאנואר, 1919, קנאפּע פיר מאָנאַטען נאַכדעם 
װוי מיר האָבען פון דייטשלאַנד באקומען די טרויעריגע נאַכ- 
ריבט, אז פערנעי שעוויטש איזן געשטארבען, האָבען מיר פאר" 
לאָרען אַלעקסאנדער יאָנאס'ען, איך שטעל דאָ די צויי פאר- 
לוסטען צוזאמען, ווייל אין די ערשטע יאהרען פון אונזער לעבען 
אין אמעריקא זיינען זיי ביידע געװען די הויפּט פיהרער פון 
אונזער סאַציאליסטישער באוועגונג. װי א פיכטינער צווילינג 
זיינען זייערע געשטאַלטען פארבליבען אין מיין זכרון. 

יאָנאס און שעוויטש!. סיר זיינען געוואוינט געװען די 
צוויי נעמען ארויסצוריידען צוזאמען. 

ווען איך בין נגעקומען אין אמעריקא אין דעם זומער פון 
2 און האָב דאָ געפונען א ליבען סורפּריז, די דייטשע סאָ- 
ציאליסטישע טענליכע , פאָלקסצייטונג", זיינען זיי געווען איהרע 
רעדאקטאָרען, --- יאָנאַס אַלְס הויפּט רעדאקטאָר און שעוויטש 
אלס דער רעדאקטאָר פון דער זונטאָגס אויסנאבע. ביידע זי 
נען געווען נלענצענדע זשורנאַליסטען און רעדנער, יאָנאס אוֹיף 
דייטש, און שעוויטש אויף דייטש, עננליש און רוסיש (ער האָט 
אויך גוט גערעדט איטאַליעניש און פראנצויזיש). מיר זיינען 
דאן נעווען זעהר יונג; זיי זיינען געווען פיל עלטער. א גייס- 
טיגער אוצר זיינען זיי פאר אונז געווען. שעוויטש'ען האָבען 
מיר רעספּעקטירט און נעליבט ספּעציעל, ווייל אַ חוץ זיינע גרויסע 
פעהינקייטען און פארדינסטען, איז ער געװען אונזערער א 
'רוסישער. זיינע רוסישע לעקציעס און רעדעס פלענען אין אונז 
אַרויסרופען א געפיה? פון באַוואונדערונג געמישט מיט אַן אונ- 
באַשרייבליכען געפיה? פון לאַנדסמאנשאַפטליכע פאַרוואנדשאַפט. 
יאָנאַס'ען האָבען מיר געשעצט און געליבט אויף אַן אַנדער שטי 


אין 1911 1 


נער, אָבער ניט ויינינער, און אין א געוויסען זין נאָך מעהרער 
וי שעוויטש'ען. 

איך בין מיט ביידען נעווארען נאנץ נאַהענט באקאנט. 
שעוויטש, װוי דער לעזער ווייס שוין, האָט פארלאזען אמעריקא 
אין 1890, ווערענד יאָנאס האָט אין אמעריקא אויסנעלעבט זי- 
נע יאָהרען. נאָך שעוויטש'עס אַװעקפאָהרען בין איך מיט יאָנאַס'ען 
נאָך נעהענטער באקאנט געווארען. מיר פלעגען זיך אָפּט זעהן. מיר 
האָבען צוזאַמען געקעמפט גענען דעם דעליאָניזם. דורך דיזען קאַמף, 
אין דער צייט, ווען מיר האָבען געגרינדעט דעם ,פאָרווערטס", 
אין 1897, זיינען מיר ספּעציעל אינטים געווארען, ער פלענט מיך 
אָפט בעטען, איך זאָל איהם רופען ניט גענאָסע יאָנאס, נאָר 
איינפאַך יאָנאס איך פלעג פּרואווען אזוי טאָן, אָבער דאָס איז 
מיר געווען שווער (זעה דריטען באנד, פּיידושעס 898, 402, 
59 און 408). איך בין צו איהם נעווען צוגעבונדען וי צו 
אַ פאָטער אז איך זאָל איהם ניט באַגריסען, וי אַן עלטערען, 
האָט זיך מיר קיין מאָל ניט נעקענט פאָרשטעלען. און זעהר 
אָפּט פלעג איך אַזױ וי פאַר די אוינען זעהן יענעם גרויסען 
דייטשען סאַציאליסטישען מיטינג אין דזשערמעניע אסעמבפי 
רומס, דעם גרעסטען און איינדרוקספולסטען, וועלכען איך האָב 
ביז יענער צייט ווען עס איז ביינעוואוינט. איך מיין די גרויסע 
פאַרזאַמלונג, װאָס איז געווען אַ יאָהר-צייט מיטינג נאָך פערדי- 
נאַנד לאַסאַל'ען אין יאהר 1889. (זעה פטען באַנד פון דיזע 
בלעטער, פּיידזש 89). איך פלענ איהם אימער זעהן, וי ער 
שטעהט אויף דער פּלאטפאָרמע ביי דעם רויט דעקאָרירטען וויי- 
סען ביוסט פון לאַסאַל, װי ער ליינט אַרױף זיין האַנט אויף דער 
גיפּסענער פינור, און מיט זיין רייכען באַריטאָן רופט ער אויס : 
, לאַסאַלע"! און מיין יונג הארץ ציטערט פון עהרפורכט און 
פון נליק,. ביי יענער סצענע איז ער ביי מיר געווען דער גרעס- 
טער אוֹן הערליכסטער אין דער וועלט, א נביא-פינור, 

אלזא, אַז איך זאָל יענעם אַלעקסאנדער יאָנאַָס'ען רופען יאַ- 
נאס, וי א נלייכען, -- דאָס האָט מיר אין געדאַנק ניט געקענט 
אַריין. סיין הארץ האָט געבלוטעט, זעהענדיג, װווי דיזען באַ- 
ליבטען און באַנאַבטען פיהרער אונזערען אטאַקירט מען און 


28 בלעטער פון מיין לעבען 


מען באַליידיגט,. (דריטער באַנד, פּיידזש 402), מיר איז אויס- 
געקומען צו זעהן איהם אין נויט. אָבער. אויף זיין אויסזעהן 
האָט זיך דאָס קיין מאָל ניט באַמערקט. ער אין אימער גע- 
בליבען דער שעהנער, נאָבע?-אויסזעהענדער אַלעקסאַנדער יאָנאַס, 
דער נעט, זאָגאַר עלענאַנט געקליידעטער, מערקווירדיג ציכטיגער 
מאַן מיט דעם פּראָפּעסאָרישען פּנים. ווען די אַמעריקאַנער 
צייטוננען פלענען באַשרייבען א מיטינג, וועלכען ער האָט אַד- 
רעסירט, פלענען זיי באַמערקען, אז ער זעהט אויס, װוי א שעה- 
נער געלערטער אָדֶער א שריפטשטעלער. 

אין א געוויסען נאָכמיטאג, א פֹּאֶר יאָהר נאָכדעם וי מיר 
האָבען נעפייערט זיין זיבצינ יעהרינען יובילעאום, אין מיר מיט 
איהם אויסגעקומען צו געהן איבער דער פערטער סטריט. אַזױי 
שפּאַצירענדיג און שמועסענדיג, זאָנט ער צו מיר אויף ענגליש 
מיט זיין טיפער, נאָבעלער דייטשער שטימע : 

-- קאַהאַן, אייך איזן נוט. איהר האָט אַ צוקונפט פאר 
זיך, איך אָבער האָב שוין קיין צוקונפט ניט. ווייסט איהר, 
װאָס דאָס הייסט לעבען אויף דער ועלט אֶהן א צוקונפט ? 
(ער האָט געמיינט דעם פאַקט, אַז ער איז שוין איבער זיבעציג). 


אַלעקסאַנדער יאָנאַס איז, אַלזאָ, געשטאָרבען. זאָגען, אז 
מיין האַרץ איז געווען געדריקט פון טרויער, װאָלט נעװען א 
צו-פּראָזאַאישער אויסדרוק. 

נאָך אַ נעפיה? האָט מיך פאַרפאָלנט: שעוויטש געשטאָרבען 
און יאָנאַס נעשטאָרבען! באַליבטע פיהרער מיינע. ווען איך 
בין געקומען קיין אמעריקא, זיינען זיי ביידע געווען אזוי פול 
מיט לעבען. איצט שוין פון דער ועלט אַװעק!.. דאָס און 
די 22 בענדער , בילאיע?, יא, די יאָהרען, ווען איך בין געווען 
גאַנץ יוננ, זיינען שוין ווייט פון מיר, ‏ עס אין שוין ניט דאָס, 
וואס עס פלעגט זיין א נייע װעלט. יענע, צוֹ ועלכער איך 
בין געווען נעוואוינט, איז געווען א וועלט פון יאָנאס'ען און 
שעוויטש'ען, און דאָרטען אין רוסלאנד -- פון א שליסעלבורג 
מיט איהרע מאראזאווס, ווערא פיגנערם.. 

ִ* * * 


אין 1911 9 


דער ,פאָרווערטס" האָט נעדרוקט א גרויסען שעהנעם בילד 
פון אַלעקסאנדער יאָנאס'ען מיט אַ לייט ארטיקע? אין א טרויער 
ראַם, מיינע אוֹן אַנדערע אַרטיקלען וועגען איהם מיט אויספיר- 
ליכע באַריכטען וועגען זיין טויט און דער לויה. 

אויף דער ערשטער פּיידזש איז געווען דער איבערשריפט: 
,צעהן טויזענד מענשען באַנלייטען דעם אַלטען פרייחייטס קעמ- 
פער צו זיין אייביגער רוה", 

די לויה איז פאָרגעקומען דעם 4טען פעברואר. דער טרויער 
מאַרטש און די אַנדערע צערעמאָניעס האָבען געדויערט פון ניין 
אוהר אין דער פריה בין שפּעט נאַכמיטאנ. עס אין געוען א 
ביטערע קעלט, און עס אין גענאננען א געדיכטער שניי. דאָך 
האָבען פילע טויזענדער אידישע און דייטשע ארבייטער געסטאפט 
פון דער ארבייט און גענאננען אין דעם טרויער מארטש. צוערשט 
זיינען הספּדים געמאַכט געװאָרען אין לײיבאָר טעמפּעל, אויף 
דער 84טער סטרים. די רעדעס זיינען געווען אויף דייטש, אויף 
עננליש און אויף אידיש. דאן אין מען מיט דעם קערפּער ארי" 
בערגעפאָהרען אין דעם האַרלעם קאַסינאָ האָל, אויף דער 127טער 
סטריט און צווייטער עוועניו. א קינדער-כאָר פון די סאַציאליס- 
טישע סאַנדעי סקולס האָט נעזוננען א טרויער מארש און סאַ- 
ציאליסטישע לפידער. רעדעס זיינען געהאלטען געווארען פון 
דייטשע סאַציאליסטען, פאָרשטעהער פון דייטשע יוניאנס, פון 
אידישע סאַציאליסטען, פאָרשטעהער פון אידישע יוניאנס, און 
אויף עננליש --- פון פאָרשטעהער פון דער פּארטײי. װיקטאָר 
בערגער, אונזער קאָנגרעסמאן, איז נגעקומען צופאָהרען פון וװאַ- 
שינגטאָן און האָט געהאַלטען אַ רעדע אויף דייטש. הילקוויט 
האָט גערעדט אויף ענגליש. צווישען אַנדערע זאכען האָט היל- 
קווים דערמאַנט, וי יאָנאַס און אַדאָלף דואַי האָבען געגרינדעט 
די סאַציאַליסטישע באַװענונג אין אַמעריקא, וי דואַי איז דערנאָך 
אוועקנעפאהרען קיין דייטשלאַנד, און יאָנאס איז געבליבען און 
האָט פאָרטגעזעצט די ארבייט מיט שעוויטשען. 

איך האָב גערעדט אויף ענגליש. איך האָב געפרואווט 
פאָרשטעלען, וי טייער יאָנאס איז מיר געװען, און אויסצו- 
דריקען דעם נעפיהפ, אז ער אין פאר מיר געווען אי א חבר, אי 


40 | בלעטער פון מוין לעבען 


אַ פאָטער; און אז פון דיזען געפיה? איבערצוגעהן צו א 
פאַמיליארער באציהונג האָב איך קיין מאָל ניט געקענט. איך 
האָב אויך געזאָנגט דאָס פאַלגענדע: 

;עס איז מיר שווער יאַנאַס'ען זיך צו שילדערען אַלס אַ נע- 
שטאָרבענעם, עס איז אין מִיר איינגעפלאַנצט אַ געוואוינהיים 
זיך פאָרצושטעלען איהם אַלס די פאַרקערפּערונג פון אונזער 
באוועגונג. עס איז מיר אונמעגליך אָפּצוטײילען איינס פון דאָס 
אנדערע". : 

איך האָב אויך נגערעדט וועגען יאָנאס'עס מילדער, גוטהער- 
צינער צערטליכער נאַטור. ‏ איך קען קיין מאָל ניט דענקען 
וועגען יאָנאָס'ען אַלס אַ פיהרער פון אַ קאַמף גענען אַן איינ- 
צעלנעם מענשען, -- האָב איך געזאָגט, --- אפילו געגען זיין 
ערנסטען פּערזענליכען שונא ער איז געװען אזוי וייך, אזוי 
צערטליך, אזוי גוט. אין זיין גאנצער סאַציאליסטישער טע- 
טינקייט האָט ער געקעמפט בלויז גענען קאפּיטאליזם אין אל- 
נעמיין, און ניט גענען דעם באזונדערען מענשען. 

איינער פון די ענגלישע רעדנער איז געווען פרענק מעקדאָ- 
נאלד, דער רעדאקטאָר פון דער ,קאָל". דר. אינגערמאַן האָס 
נערעדט אויף רוסיש. 

אין דער צערעמאָניע האָט זיך באַטײלינט דער דאן בא" 


י ריהמטער דייטשער געזאנגס-פאראיין, פילע מיטנלידער פון ועל- 


כען פלענען זינגען אויף די סאַציאליסטישע פארזאמלוננען אין 
מיינע ערשטע יאָהרען אין אמעריקא. | 

דעם קערפּער האָט מען דאן אוועקנעפיהרט אין יוניאן היל 
;אוים'ן אנדערען זייט פון דעם טייך האָדסאָן), וואו מען האָט 
איהם פארברענט אין א קרעמאטאָריום. 

ווען איך דערמאָן זיך די סצענע, שטעהען פאר מיינע אויי 
נען בערנ און בערג מיט בלומען. עס עפענט זיך אוֹיף א 
טירעלע, מען רוקט אַריין דעם טויטען קאסטען, מען מאַכט צו, 
-- און א סופף! פון אלץ, װאָס ביי אונז חייסט אַלעקסאַנדער 
יאָנאַס, בלייבט אַ הויפען אַשׂ.. 

איך בין אַװעק פון דעם קרעמאַטאָריום צוזאַמען מים אַ 


אין 1911 41 


גרופּע גענאָסען. מיר האָבען געשמועסט, אויפ'ן הארצען איז 
ביי אלעמען נעווען א נעפיה? פון הייליגטום, 


18 


דער פופצעהן יאָהריגער יובילעי פון , פּאָרװערטס". 


זונטאָג בײיטאָג, דעם 28טען אפּריל, 1912, האָט דער , פאָר- 
ווערטס" געפייערט זיין פופצעהן-יאָחרינען יובילעי. דאָס אין 
געווען איינער פון די שענסטע און גרעסטע יום-טובים אין דער 
געשיכטע פון אונזער באַװענגונג, 

די פייערונג אין פאָרגעקומען אין דעם נרויסען רייך טאַפּע- 
צירטען היפּאַדדאָם, עס זיינען געווען אנוועזענד איבער זיבען 
טויזענד מענשען. די פּלאַטפאָרמע און די אַלֶע באלקאָנען און 
לאָזשעס פון דעם ריזיגען טעאַטער זיינען געווען דעקאָרירט מיט 
אַמעריקאַנער פאָהנען, מיט רויטע פאָהנען און מיט פאָהנען פון 
פארשידענע אידישע יוניאנס, 

אויף דער פּלאטפאָרמע האָבען זיך צווישען די אנוועזענדע 
געפונען דריי וויכטיגע געסט: אונזער קאָנגרעסמאן װיקטאָך 
בערגער פון ואַשיננטאָן ; דער סאַציאַליסטישער מעיאָר פון סקע- 
נעקטעדי, לאָן, און דער געוועזענער מעיאר פון מילװאָקי, עמיפ 
זיידעל, אין אונזער צייטונג האָבען מיר דאן געהאָט א בילך 
פון דיזע דריי גענאָסען צוזאַמען, -- א לעבעדיגער אויסדרול 
פון דעם וואוקס פון סאַציאליזם אין אמעריקא, | 

עס איז געווען א רייכער קאָנצערט. זיין הויפּט-, פיטשור" 
איז באַשטאַנען אין דעם אנטייפ פון דעם ועלט-באריחמטען 
פידע?ל שפּילער עפרעם צימבאַליסט. און עס האָט געשפּילט איי- 
גער פון די באריהמטע אָרקעסטערס פון שטאָדט, אונטער דער 
לייטונג פון נעיהען פרענקא, 

אן אינטערעסאנטער שטריך פון דעם יום-טוב איז געווען 
די באַטײלינונג פון פינף הונדערט קינדער, שילער פון אונ- 
זערע סאַציאליסטישע סאָנדעי סקולס (זונטאָג שולען), 

דער יובילעי פעסט איזן נגעפיהרט נעווארען אונטער דעם 
פאָרזיץ פון מאָריס הילקוויט, 


49 | בלעטער פון מוין לעבען 


פּונקט צוויי אוהר האָט דער אָרקעסטער אויפגעשפּילט די 
, מאַרסעליעזע". דער גרויסער עולם האָט זיך אויפנעשטעלט 
מיט א שטורעמדינען אפּלאָריסמענט. 

אלע רעדעס האָבען זיך באַצױיגען אויף דעם פאָרטשרים, 
וואס די סאַציאליסטישע באווענונג מאכט אין אמעריקא. 

, מיר סאַציאליסטען, -- האָט הילקוויט אָנגעפאנגען, -- 
זיינען אזוי צונעוואוינט צו רופען פּראָטעסט-פארזאמלונגען, 
אז עס איז אַ דאָפּעלטער פאַרגעניגען צונויפצוקומען זיך אַמאָל 
צו א שמחה. און אן אורזאכע זיך צו פרעהען האָבען מיר 
היינט א געניגענרע. מיר פייערען דעם 15טען יובילעי פון 
, פאָרווערטס", פון דער גרינדונג פון דעם שטאַרקסטען און 
וויכטיגסטען אָרגאן פון דער סאָציאליסטישער פּראפּאגאנדא אין 
דיזען לאנד. און אין די פופצעהן יאהר, וואס דער פפאָרי 
ווערטס" עקזיסטירט, האָט אונזער באווענונג געמאכט אַ גע- 
וואלדינען פאָרטשריט. א גרויסע באוענונג איזן אין איהר 
וואוקס אזוי װי דער מענש. אין איהרע קינדער יאָהרען גרייט 
זי זיך צו צום קאמף, אין איהר יוגענד טרעט זי אין קאמף 
ארויס, און אין איהרע מיטעלע יאָהרען פאנגט זי אָן צו זיגע. 
די סאַציאליסטישע פּארטיי אין אמעריקא האָט איצט דערגרייכט 
איהרע מיטעלע יאהרען, איהרע זינעס-יאהרען; און דיזע באווע- 
גוננ אונזערע האָט פיל צו פארדאנקען דעם , פּאָרװערטס". זאָל 
ער וואקסען און ווייטער זיין דאָס, וואס ער איז אימער געווען, -- 
א שטראַל פון ליכט, א שטערן פון האָפנונג פאר די פילע טוי- 
זענדער אידישע ארבייטער". 

זיינע ווערטער זיינען אויפגענומען געווארען מיט אַ בא- 
גייסטערטען אפּלאָן. 

נאָך איהם האָט גערעדט זיידע?, דערנאָך לאָן און דאַן וויק" 
טאָר בערגער. יעדער פון זיי איז אויפגענומען געווארען מיט 
אָװאַציעס, מיט הילכענדע הורא געשרייען. די עטליכע טויזענד 
פּנים'ער האָבען געשיינט. הערליכע מאַָמענטען זיינען דאָס 
געווען. | 

די פאַלנענדע שורות נעם איך אַרױיס פון דעם באַריכט, 
וועלכער איז אויף מאָרגען געווען געדרוקט אין , פאָרווערטס". 


און 1011 13 


,ווען דער טשערמאן האָט אַנאָנסירט דעם נעקסטען רעדנער, 
אב. קאַהאַן, דער רעדאקטאָר פון ,פאָרווערטס", האָט אין דעם 
ריזיגען טעאַטער אויסגעבראכען א שטורעם פון הורא געשרייען 
אוֹן אפּלאָדיסמענטען, וועלכער האָט אָנגעהאלטען מינוטעלאַנג, 
אומזיסט האָט קאַהאן מיט די הענט געבעטען דעם עולם זיך צו 
באַרוהיגען, אומזיסט האָט ער עטליכע מאָל געמאכט אַ פארזוך 
אָנצופאנגען זיין רעדע, --- די אפּלאָדיסמענטען זיינען שטאַרקער 
און שטאַרקער געווארען און האָבען זיך פארשפּרייט פון איין 
זייט פון דער געביידע צו דער צווייטער. 

,און די רעדע קאַהאַנ'ס האָט דעם עולם'ס באנייסטערונג 
פארשטארקט און פארגרעסערט. ער האָט נערעדט ועגען דעם 
פאַציאליזם אלס אַ רעליגיע, אלס די פּאֶעזיע פון דעם אונטער- 
דריקטען, פארפינסטערטען ארבייטער. די פּראקטישע נוצען, 
וואס דער ארבייטער האָט איצטער פוֹן דער באוענונג, זיי- 
נען ווייניג ווערט. פארקעהרט, פילע מאָל קומט איהם נאָך אויס 
פאר זיין אידעאל צו ליידען. אָבער די גייסטיגע פארגענינענס, 
װאָס דער דאָזיגער אידעאל? פאַרשאַפט, די פּאָעזיע, וואס ער 
גיסט אריין אין דער נשמה, -- דאָס איז ווערט מעהר װווי אוצרות 
געלט, דאָס איז א נעטליכע באלוינונג. דאָס אין דער סארט 
שכר, וואס די אידישע רעליגיע פארשפּרעכט איהרע צדיקים אויף 
יענער וועלט, אָבער וועלכען די ארבייטענדע מענשהייט װעט האַָ- 
בען אויף דער וועלט. 
| ,דער אַרימער, אױיסגעדאַרטער, פאַרטריקענטער רעליניעז- 

באַגייסטערטער שניידער פון אַן אָרימער קליינער שטעדטע? אין 
רוסלאַנד פיהלט זיך וי אַ מלך, װען ער קומט פּרײטאָג צו 
נאַכט אין זיין שול אַריין דאַװנען, -- האָט קאַהאַן וייטער 
געזאָגט. --- די שול אין זיין אידעאל, זיין פּאָעזיע, זיין נשמה, 
און זיין העכסטע האָפנונג. ער ווינשט, אז זיין שול זאָל ווערען 
גרעסער און שעהנער. אז ער דערלעבט אַמאָל, אז דער דאָזינער 
טרוים זיינער ווערט פארווירקליכט, אַז אוים'ן פּלאַץ פון זיין 
קליינער שול'כעל ווערט אויפגעבויט א גרויסע, שעהנע סינאנאַנע, 
--- ווער קען דאן אָפּמעסטען זיין פרייך ? 
,סיר סאָציאליסטען האָבען ניט דיזען שול? אירעאל. אנ- 


44 בלעטער פון מיין לעבען 


שטאָט א נךעדן אויף יענער װעלט, זוכען מיר צו מאכען די 
וועלט פאר אַ נך-עדן,. און אנשטאָט א שול, האָבען מיר א סא' 
ציאליסטישע באווענונג. ‏ דער נעפיה? אָבער אין דער זעלבער. 
אונזער העכסטען גליק, אונזער גרעסטען פארגעניגען האָבען מיר, 
ווען דיזער טעמפּעל אונזערער, די סאַציאליסטישע באוענונג, 
וואקסט. און זי וואקסט! זי פארשפּרייט זיך, זי זיגם און 
געווינט. דאָס זיינען אונזערע טייערסטע מאַמענטען. אזא 
מאָמענט לעבען מיר דורך איצטער. 

,אַמאָל, מיט צעהן, פופצעהן יאהר צוריק, ווען מיר האָבען 
אונזערע פארזאמלוננען אפּנעהאלטען אין קליינע האָלס אויף דער 
איסט סייד, ווען מעהר וי אידען און דייטשען זיינען אין אונ- 
זער באַװעגונג ניט געווען, האָט מען פון אונז חוזק געמאכט. 
'/װאָס טויג אייך אייער ארבייט} וואס סאַכט איהר זיך נאַ- 
ריש?' האָט מען צו אונז געזאגט. 'זעהט איהר ניט, אז די 
ערד אין א פאַרשטיינערטע, אן דאָ פלאַנצען דעם סאַציאליזם 
אין אבסאָלוט אונמעגליך'? 

;אָבער מיר האָבען אונזער מוט ניט פארלאָרען. איין קערנ- 
דעל נאָכ'ן צווייטען האָבען מיר נעפלאַנצט, און די ערד האָבען 
מיר נעאקערט, און די שטיינער האָבען מיר פון איהר מיט אונ" 
זערע נענעל ארויסגעריסען. ענדליך, ענדליך האָבען זיך נענומען 
בלומען באווייזען! דאָ זיצען מאַנכע פון זיי. אט אין איין 
בלום -- גענאָסע לאָן; אט איז א צוייטע -- גענאָסע בער- 
גער; אָט איןז אַ דריטע -- גענאָסע זיידעל. און מיר האָבען 
נאָך און נאָך און נאָך," 

דער 5עצטער רעדנער, וואס איז אויך אויפנענומען גע" 
זוארען מיט אַ גרויסער אַװואַציע, איז געווען גענאָסע פייגענבוים. 
ער האָט אין דעם , פאָרװערטס" ערפאָלג געזעהן ניט בלין א 
פרייד פאר די סאַציאליסטען, נאָר אויך אן ארגומענט פאר'ן 
סאַציאליזם. דער ארנומענט איז, אז די ארבייטער זיינען פעהינ 
אַלֿיין זייערע נעשעפטען צו פאַרװאַלטען און צו מאַכען דערפון אַ 
ריזינען ערפאָלנ. 

גענאָסע ב. וויינשטיין האָט דאַן באַנריסט דעם , פאָרווערטם" 
אין דעם נאָמען פון די פאַראיינינטע אידישע געװערקשאַפטען, 


און 1911 45 


און י. נאָטהעלף, דער טשערמאן פון דער עקזעקוטיוו קאָ- 
מיטע פוֹן ארבייטער ריננ, האָט אָפּנענעבען אַ גרוס פון דעם אר- 
בייטער ריננ. 


14 
איך פֿאָהר קיין אייראָפּא. 


אין , פאָרווערטס" פון 19טען מאי, 1912, געפינט זיך דער 
פאָלגענדער באַריבט : 

,נעכטען אין דער פריה איז מיט דער שיף דזשאָרדזש װאַ- 
שיננטאָן אָפּנעפאָהרען נענ. אב. קאַהאַן, דער רעדאקטאָר פון 
, פאָרווערטס". 

, גענאָסע אב. קאַהאַן װעט אין אייראָפּא פארברעננען דריי 
מאָנאַטען, ער ועט זיין אין פראנקרייך, איטאַליען, דייטשלאַנד, 
עסטרייך, נאַליציען און עננלאנד, אין פּאַריז, לאַנדאָן און אין 
איינינע שטעדט אין נאַליציען װועט ער ריידען אויף סאַציא- 
ליסטישע פארזאמלוננען, וועלכע די דארטינע נענאָסען גרייטען 
שוין צו. אין נאַליציען ועט ער באַזוכען איינינע שטעדט, אום 
זיך צו כאַקענען מיט דעם לעבען פון די דארטינע אידישע 
מאפען, און זיינע איינדריקע וװועט ער נאָכהער באשרייבען אין 
, פאָרווערטם". 

, צו דער שיף האָבען גענאָסע קאַהאַן'ען באנלייט א קאָמיטע 
פון , פאָרווערטס? אפאָסיאיישאָן, א קאָמיטע פון די פאראיינינטע 
אידישע געװוערקשאַפטען, אלע מיטארבייטער פון דער רעדאק- 
ציע און פילע פון זיינע פּערזענליכע פריינד, 

א פּאֶר װאָכען װועט גענאָסע קאהאן פארברעננען אין 
קארלסבאד, וואוהין דאָקטוירים האָבען איהם נעהייסען פאָהרען. 

,מיט גענאָסע קאַהאַן'ען איז מיטנעפאָהרען מרס. קאַהאַן. 

, דאָנערשטאָנ אװוענט איז אין צייטלין'ס רעסטאָראנט נע- 
געבען געווארען פאַר נענאָסע קאַהאַן אַן אבשידס-באַנקעט פון 
אלע אָנגעשטעלטע אין , פאָרװוערטם", 

געט ** געט 

דער הויפּט-צוועק פון מיין רייזע איז געװוען צו זעהן 

דאָקטוירים אין וויען און צו נעמען די בעדער אין קאַרלסבאד., 


48 בלעטער פון טוין לעבען 


מיינע מאָנען שמערצען האָבען נים אױפנעהערט. דאָקטאָר 
דזשייקאָב קאופמאן (זעה פערטען באַנד, פּיידזש 021) האָט 
שטארק רעקאַמענדירט אן אָפּעראציע. 

ער אין א מאַן פון שטאַרקע איבערצייגונגען, און וען ער 
דעדט וועגען אן ענין, וועגען וועלכען ער האָט אַ דייטליכע מיי" 
נונג, דריקט ער דאָס אויס מיט פעסטע איינדרוקספולע טענער. 
אויף דיזער אַרט האָט ער מיר געראטען, געפאָדערט, און גע" 
סטראשעט, אז איך זאָל זיך ,ניט שפּילען מיט פייער". ער 
האָט גענומען אַ שטיקעל פּאַפּיר, און מיט זיין בליישטיפט האָט 
ער געמאַכט אַ פּאַר שטריכען פאָרצושטעלען דעם מאָנען. 

--- די ווענטע? איז אַ דינע, מר. קאַהאַן, זעהר אַ דינע. 

דאַן האָט ער מיט'ן פּענסיל אָנגעצייכענט דעם פּלאץ, אין 
דעם , דואדענום", וואו עס האָט זיך ביי מיר דאן געפונען דער 
אָלסער" (מכה). ער האָט מיט דעם פּענסיל גענומען אזוי וי 
גראָבען אין דעם פּאפּיר. און מיט זיין מפעסטען, איבערצייגענדען 
טאָן האָט ער געזאָגט: 

-- עס ווערט טיפער, טיפער, טיפער. און וװען עס זאָל 
זיך דורכלעכערען, װעט זיין שלעכט. עס װעט שון זיין צו 
שפּעט פילייכט, 

אויף אַן אָפּעראציע בין איך גרייט געווען נאָך מיט עטליכע 
יאֶָהר פריהער. אנדערע דאָקטוירים, נאַהענטע פּערזענליכע 
פריינד, האָבען מיך אָבער צוריקנעהאלטען, און אַזױ אין איצ- 
טער אויך געווען. 

--- פּרואווט פאָהרען אין קארלסבאד. וואס וװעט איהר 
צולענען ? --- האָט צו מיר נעזאַנט איין דאָקטאָר, א נאַהענטער 
פריינד. --- אנב, אז איהר װועט זייי אין וויעי' באַראָט זיך מיט 
דאָרטינע ספּעציאליסטען, 

דיזע עצה האָב איך אָנגענומען. 

דעם אמת זאָנענדינ, בין איך ביי זיך אין הארצען קין 
מאָל ניט געווען איבערציינט, אזן עס אין טאַקע אן ,אָלסער". 
איך האָב זיך צופיל אָנגעלעזען וענען דיזער קראנקהייט. אזוי 
אין אימער מיט פּריוואטע מענשען. וען זיי האָבען עפּעס א 
פעלער, לעזען זיי ווענען דעם אין ענציקלאָפּעדיעס און אין מע- 


אין 1011 4 


דיצינישע ביכער. און דערצו נאָך ריידען זיי ווענען דעם מיט 
דאָקטוירים. מען רעדט זיך כמעט איין, אז אין באַצוג צו דיזער 
סראַנקחייט איז מען שוין אליין א גאַנצער דאָקטאָר, 


אין די אלע וערק, וואס איך האָב געלייענט װעגען מיין 
טראבעק, איז געווען אָנגעוויזען אויף געוויסע סימפּטאָמען, ציי- 
כענס, און דיזע סימפּטאַמען האָבען זיך נראד ביי מיר ניט 
ארויסגעוויזען. אלזא, האָב איך געצוייפעלט. מען האָט מיר 
ערקלעהרט, וי אזוי דאָס קען פּאַסירען, אז די סימפּטאָמען זאָלען 
זיך ניט ארויסצייגען, אָבער דאָס האָט אויף מיר קיין איינדרוס 
נים געמאכט. קורץ, איך האָב זיך באשלאָסען צו פאָהרען קיין - 
וויען און קאַרלסבאד. איך קען ניט זאָנען, אזן איך האָב 
שטאַרק גענלויבט, אז דאָס װעט העלפען, אָבער טאקע -- 
װאָס קען איך צוליינען ? 


18 
עטליכע דאטומם, 


דעם ערשטען פעברואר, 1911, איז אין , פאָרווערטס" ער- 
שינען אַ מעלדונג, אז עס איזן געשטארבען דער פיהרער פון די 
דייטשע סאַציאלדעמאָקראטען, דער איד פּאו? זינגער, דער גוטער 
פּאול זינגער, מיט וועלכען איך בין באקאנט געווארען אין בער- 
לִין, אין יאֶהר 1891, און האָב דערנאָך זיך אויך באגענענט 
אין צוריך (זעה דריטען באנד, פּיידזשעס 162, 800 און 
98). עס איז געדרוקט געווען א בילד, וועלכען ער האָט, אויף 
מיין ביטע, מיר צוגעשיקט מיט אַ פּאַר יאהר פריהער צוזאמען 
מיט אַן ארטיקעל. אונטער'ן בילד שטעהען די װערטער: ,איי- 
נער פאר אַלעמען -- דאָס איז מענשעךפליכט; אלע פאר 
איינעם --- דאָפּ איז מענשען רעבט". 

דעם 19טען פעברואר, 1911, געפינט זיך אין , פאָרוװוערטם" 
די אָפּטײילונג ,אין אַמעריקאַנער זשורנאַלען פון דיזען מאָנאַט?, 
דער פיטשור איז געגאַנגען אין פארלויף פון אַ פּאָר יאָחר. 

סעפּטעמבער דעם 14טען, 1911, איז אין , פאָרווערטס" גע- 
דרוקט געווען א מעלדונג, אז סטאָליפּין, דער הויפּט מיניסטער 


48 בלעמער פון מיין לעבען 


פון רוסלאַנד, איז דער'הרג'עט געװאָרען פון א אידישען יוננען 
מאַן מיט'ן נאָמען באגראוו. 


דעם 28טען נאָוועמבער, 1911, -- א מעלדונג אן עס איז 
געשטאָרבען דער סאַציאליסטישער דענקער און שרייבער פּאול 
לאַפאַרג און זיין פרוי, קאַר? מארקס'עס טאַכטער (זיי זיינען 
באַגאַנגען זעלבסטמאָרד). 


אין 1911 פלעג איך בעאָבאַכטען, וי מען בוים די נייע 
40=שטאָקיגע , מיוניסיפּאל?" בילדינג. ‏ דער שעהנער אלטער סיטי 
האָל איז שוין נגעווארען צו קליין, און אום צו מאכען פּלאַץ פאַר 
די פאַרשידענע אָפּטײלונגען פון דער שטאָדט רעגירונג, האָט 
מען דערביי אויפנעשטעלט דיזע גרויסע געביידע (מען האָט די 
מיוניסיפּאל בילדינג אָנגעהויבען בויען אין 1910 און געענדיגט 
אין 1912). 

אין 1911 און אין 1912 האָט זיך געבויט די באַרימטע 
וואולוואירט בילדינג, וועלכע האַלט, צוזאמען מיט איהר אי" 
בערשטען טורעמע?, זעכצינ עטאזש (אֶהן דעם טורעמעל 86 
עטאזש). די נייעס, אז עס בויט זיך אַזאַ הויז, האָט געמאכט 
א רושם איבער דער גאנצער וועלט. און אפילו דאָ ביי אונז אין 
ניו יארק האָט עס נגעמאכט א שטוינענדען איינדרוק. איך פלעג 
אָפּט ספּעציעל נעהן עסען לאַנטש אין א רעסטאָראן, וועלכער 
געפינט זיך נאָהענט דערביי, אום צו זעהן, װוי אזוי די הויז בויט 
זיך. עס איז נעװען אינטערעסאנט צו קוקען, און די גאנצע 
געשיכטע האָט געדויערט עטװאָס איבער צויי יאָהר, ווערענד 
אין אייראפּא זיינען באריהמטע געביידעס געבויט נעווארען אין 
פארלויף פון צעהנדלינער יאהרען, און מאנכע קירכען, וי דער 
,דאָם? פון קעלן, צום ביישפּיל, עטליכע הונדערט יאָהר. די 
גאנצע וואולוואירט געביידע איז אויסנעגאסען געווארען אין א 
פאַבריק, און פון דאָרטען האָט מען איהר געבראַכט במעט אַ 
פארטינע,. (די נעביידע האָט מען אָנגעהויבען בויען אין יא- 
נואר, 1911, און געענדינט אין מאי, 1912). 

דעם 15טען אפּריל, 1919, איז געווען נעדרוקט די טראַנישע 
נאַכריכט, אז מייקעל מינץ, דער מאַן פון דער באַריהמטער אידי- 


אין 1011 49 


שער שוישפּילערין קעני ליפּצין, אין באנאַננען זעלבסטמאָרך 


(זעה פערטען באַנד, פּיירזש 888). 

דינסטאָג אַװענט, דעם 29טען מאי, 1911, איז ערעפענט 
געווארען די נייע גרויסע פּאָבליק לייברערי (שטאַדטישע ביב- 
ליאָטעק) אין ניו יארק, 


צווייטער קאַפּיטעל 
ווידער אין אײיראָפא 
1 


אן אונטערשיד פון 19 יאָחר. -- א פּאָר אַלגעמײינע ווערטער 
וועגען מיין באַזוך אין אײיראָפּא אין 1912. 


דעם נאנצען לעבען לערענט מען זיך. דאָס וואס איך האָב 
געלערענט אין די עטליכע מאָנאַטען, וועלכע איך האָב רדיזען 
מאָל, אין 1912, פארבראַכט אין אייראפּא, געהערם צו אינטע" 
רעסאנטע און וויכטיגע טיילען פון מיין לעבענס-קורס, 

איך בין דאָרטען ניט געווען ניינצען יֹאֶהר (אין איינינע 
פּלעצער צוואנציג אָדער זאָנאר איין-און-צוואנציג), אלזאָ, האָב 
איך איצט געזעהן דעם אונטערשיד, וואס די צוויי צענדליג יאהר 
האָבען געבראכט. איינינע ערטער האָב איך איצט באזוכם צום 
ערשטען מאָל,. איך האָב דאָ אָבער אין זינען הויפּטזעכליך די 
שטעדט, וואס זיינען מיר שוין געווען באקאנט פון פריהער, 
און אייראָפּא אין אלנעמיין. 

אין די ניינצעהן יאֶהר האָבען יענע שטעדט זיך אויסערליך 
ניט געענדערט, גאָרניט אויפ'ן שטיינער פון אמעריקאנער 
שטעדט, וען איהר פאָרט אועק אויף א פּאֶר יאֶהר פון ניו 
יארק, און איהר קומט נאָכהער צוֹריק, זיינען פילע פון איהרע 
וויכטינסטע טיילען ניט צו דערקענען. ניוֹ יארק האלט זיך 
שטענדינג אין בויען און איבערבויען. אין די איראָפּעאישע 
שטעדט, וואס איך האָב איצט באַזוכט, זיינען אין די ניינצען- 
צוואנצינ יאהר אויך פאָרנעקומען געוויסע פארגרעסערוננען; יי 
האָבען זיך אָבער ניט געווארפען אין די אוינען. די שטאָדט- 
צענטערס זיינען יעדענפאלס געבליבען אבסאָלוט דיזעלבע. 


50 


ווידער אין אייראָפאַ 81 


' דערפאר אָבער האָב איך דאָרט באמערקט אן ענדערונג אין 

פילע קלענערע זאַכען { און אין דעם אינערליכען לעבען איז פאָר- 
געקומען אַן ענדערונג אין גרויסע זאַכען אויך. גייספטיגע איבערקע- 
רענישען האָב איך אין געוויסע הינזיכטען געפונען גאנץ וויכטיגע. 
די סאַציאַליסטישע באַװענונג איז אין די צװאַנציג יאָחר געװאָרען 
אומגעהייער גרויס און שטארק, און דאָס האָט מיטנעבראכט 
גרויסע פּאָליטישע נייעסען, וועלכע איך האָב גלייך דערפיהלט, 

אין דעם כאַראַקטער פון דער סאַָציאַליסטישער באַ- 
וועגונג גופא, אין איהר אינערליכען אינהאַלט, זיינען אויך פאָר- 
געקומען ענדערונגען, גרויסע וויכטיגע ענדערונגען. 

דאַן, אין 1912, האָט זיך נאָך ניט גע'חלומ'ט, אַן מיט 
צוויי יאָהר שפּעטער וװעט זיך פאַרנאַנדערפלאקערען א ועלט- 
מלחמה, װאָס װעט אָפּקאָסטען פילע מיליאָנען מענשליכע לעבענס 
און שטירצען די גרעסטע טראָנען. שטילע רעװאָלוציעס 
זיינען אָבער אין די צװאַנציג יאֶהר יאָ פאָרגעקומען, און איצט, 
ווען איך האָב ווידער באַזוכט אײיראָפּא, האָבען זיי זיך מיר גע- 
װאָרפען אין די אויגען. 

מיט א יאָהר צוואנציג צוריק, ווען איך פלעג פון אמע- 
ריקא באזוכען אייראָפּא, פלעג איך האָבען א שטאַרקען איינ- 
דרוק, אז כמעט אַלץ איז דאָרטען אנדערש וי אין אמעריקא --- די 
קליידער, די וואוינונגען, הונדערטער איינצעלהייטען פון דעם 
טעגליכען לעבען, דיזען מאָל בין איך איבערראַשט געווארען פון 
עהנליכקייטען. די קליידער, דער שניט, די מאָדעס זיינען געווען 
דיזעלבע וי אין אַמעריקא. די אײיראָפּעער האָבען אין מיינע אַמע- 
ריקאַנער אויגען שוין מעהר ניט אויסגעזעחן וי ,גרינע". נאָר 
אין אייראָפּא איז מען ניט אַזױ שקלאַפעריש טריי דעם געזעץ פון 
דער מאָדע, װוי ביי אונז. 

אין די הייזער, אין די טראמוואַיס (קאַרס), אין מאַסען אַן- 
דערע זאכען, וויכטיגע און אונוויכטיגע, װאָס זיינען שייך צו 
באַקוועמליכקייט, האָבכען די אייראָפּעער איבערגענומען אַמערו- 
קאַנישע ערפינדונגען, איינריכטוננען, צופּאסוננען אויף טריט 
און שריט האָב איך באגעגענט עפּעס א ,מאַכערײקע?, װאָס 
פריהער פלענט דאָס האָכען נאָר אמעריקא. אָבער אין אייראָפּא 


59 | בלעטער פון מיין לעבען 


איז דאָס נאָך אַלץ געגאנגען לאַננזאַם. צום ביישפּיל, די גרעם- 
טע האָטעלען אין פּאַריז האָבען נאָך באדארפט אַנאָנסירען, אַד" 
ווערטייזען, אז זיי האָבען עלעקטרישע צוריכטונגען, און אַז זי 
ווערען באַהייצט מיט דאַמף. פליסענדע וואסער אין א האָטעל- 
צימער, קאַלטע און הייסע, איז נאָך אויך געווען אַ יחום זאך. 
אזא פּראַקטישע קפיינינקייט, װי נעבויגענע הילצערנע אָדער 
דראָטענע הענגערס צו רעק און מאַנטלען, זיינען נאָך געווען אַ 
נייעס. /, סייפטי פינס" (, פּאַרזיכערונגס נאָדלען?) זיינען שוין 
געווען איבעראל ; זיי זיינען אָבער נעווען טייער, און מען האָם 
זיי געהאלטען פאר אַ שטיקעל לוקסוס, 

טעלעפאָנען זיינען מיט צוואנציג יאָהר פריהער אין איר 
ראפּא געווען א נרויסע זעלטענהייט, הגם אין אמעריקא האָט מען 
זיי דאן שוין געברויכט אַלם אַ טעגליכע נויטווענדיגקייט אין 
יעדען אִפים, און אין מאסען פּריוואט-וואוינונגען אין יעדער 
שטאָרט און שטעדטעפֿ, אין 1012 האָט מען אין אייראפּא זיי 
שוין אויך געברויכט איבערא?. און דאָרטען זיינען זיי פיל 
בילינער, וויי? דאָס רוב באלאנגען זיי דארטען צו דער רענ 
רונג, דעם אַמעריקאנישען ,האַלאָו" האָט מען ביים טעלעפאָן 
שוין נעברויכט אויף אַלע שפּראכען.. 

פון עלעװײיטאָרס (ליפטס) פלענט מען מיט צװאַנציג יאֶָהר 
צוריק אויך וויסען בלויז אין אמעריקא איצט, אין 1912, האָט 
מען זיי שוין געהאַט אומעטום אין אייראפּא אויך; דארטען 
זיינען זיי אָבער געגאנגען אױטאָמאַטיש, אֶהן , עלעווייטאר-מען? 
אָדער קאָנדוקטאָרען. ערשט שפּעטער, אין די נרויסע האָטעלען, 
האָט מען אָנגעהויבען צו זעהן גרויסע ליפטס מיט ספּעציעלע 
קאָנדוקטאָרען. 

אין סך-חכ?, ווען איך האָב באַטראַכט די דאָזינע ענדע- 
רוננען, װאָס זיינען פאָרגעקומען אין די צוואנציג יאָהר, האָב 
איך שטאַרק דערפיהלט, וי די פארשידענע טיילען פון דער ציי 
וויליזירטער וועלט ווערען אלץ עהנליכער, אלץ מעהר אויסגע- 
גלייכט צווישען זיך, וי אלע לענדער וװערען איין לאַנד. 


איך האָב זיך געזעהן מיט אַ גאנצער רייהע מענשען, אלטע 


ווידער אין אייראָפּאַ 58 


באקאנטע און נייע, א טיי? פון זיי וויכטיגע באַריהמטע פּערזענ- 
ליכקייטען,. און איך האָב געהאַט אַ רייהע ערפאהרונגען וואס 
זיינען פארצייכענט געווארען אין מיין זכרון צווישען די בולט'ע 
פּאַסירונגען פון מיין לעבען. 

צווישען די ענדערונגען, וואס איך האָב בעאָבאַכטעט אויף 
דער רייזע, האָבען זיך געפונען אזעלכע, וואס האָבען געוויזען די 
ריכטונג, אין וועלכער דאָס לעבען איז גענאַנגען אין די צוואנציג 
יאָהר, איך האָב שוין דערמאַנט, אַז די סאַציאַליסטישע באַװעגונג 
איז אויסגעוואקסען אונגעהייער, און דאָס האָט אויף מיר געמאַכט 
א שטאַרקען אַיינדרוק, אָבער נאָך שטאַרקער אין געװען דער 
איינדרוק װאָס איך האָב באַקומען פון דער נייער פֿאַרהעלטניס, 
װאָס איך האָב באַמערקט צווישען אונזער טעאָריע און דער ווירק- 
ליבקייט, 


2 


אויפ'ן שיף. -- פּאַריז. -- עס זיינען אַריבער ניינצעהן יאָהר, 
אָבער די שטאָדט איז דיועלבע. -- ;,סעלעקט" 
האָטעל. --- אָטאָמאָבילם. 


די , דזשאָרדזש װאַשינגטאָן" איז געווען אַ דייטשע שיף 
פון דער נאָרטה דזשוירמען פֹאִיד קאָמפּאַני, דעם פּראָגרעס, 
װאָס איז געמאַכט געווארען אין די ניינצען יאְהר אין דער בוי" 
אונג פוֹן שיפען, האָב איך דערשפּירט גלייך װוי איך בין ארויף 
אויפ'ן דאמפּפער,. דאָס האָט זיך נעפיהלט אויף יעדען שריט. 
די , דזשאָרדזש װאַשינגטאָן" איז ניט געווען דער גרעסטער דאמפּ- 
פער, װאָס איז דאַן גענאנגען צווישען אייראָפּא און אַמעריקא, 
און דאָך איז זי געווען ניט אין ערך גרעסער, וי די גרעסטע שיף, 
אויף וועלכער איך פלעג פאָהרען אין די אַמאָלינע יאהרען. 

צווישען די נאָטיצען, װאָס איך האָב דאַן פארצייכענט זייענ- 
דיג אויף דער שיף, און וועלכע לינען פאַר מיר איצם, ווען איך 
שרייב דיזע שורות, נעפין איך דאָס פאָלנענדע : 

,די באפעלקערונג פון דער , דזשאָרדזש װאַשיננטאָן" איז 
אַזױ גרויס, דאָס לעבען אויף איהר איז אזוי פילפאך, אז צוליב 


64 בלעטער פון מיין לעבען 


דעם פֿאַרנעסט מען נאָר אָן דעם ים. דער ים איז ניט מעחר, וי 
אַ זייטינע איינצעלחייט פון רער רייזע, איער אויפמערקזאמקייט 
איז פאַרנומען מים דער שווימענדער ועלט, פון וועלכער איהר 
זייט אַ טייל" 

אויף אַן אַנדער בלעטעל געפין איך דאָס פאָלנענדע : 

,א באַיאָרענטער דייטש פול מיט לעבען, געזאַנג און לוסט. 
די יונגע דאַמען אינטערעסירען זיך מיט איהם. זיי לאַכען פון 
זיינע נלייכווערטלאך מיט פארנגענינען און ער האָט, וי עס 
שיינט, מעהר הנאה פון זיינע וויצען, װי פון זיין ערפאָלג ביי די 
דאמען. מיט זיך אלס קאַװאַליער אינטערעסירט ער זיך ניט". 

,אָווענט, די זון, א גרויסער, בלוט-רויטער קייקעל, זינקט 
אין ים אַריין,. גרויסע גרופּען פּאַסאַזשירען שטעהען און קוקען 
אויף דער סצענע.. פּלוצלונג איזן געווארען אזוי ליכטיג, וי 
צוועלף אזייגער בייטאָג, די פּאַסאַזשידען זיינען פרעהליך, זיי- 
ערע שטימען קלינגען מיט לעבענס-לוסט, אָבער באלד אין די 
זון איננאַנצען פארשוואונדען. עס האָט שנעל גענומען ווערען 
פינסטער, און דאַן איז געווארען שטילער, מען האָט אויפנעהערט 
צו לאַכען און צו ריידען מיט קליננענדע שטימען. נאָך איינינע 
מינוטען, און עס האָט זיך דערהערט אַ געזאננ, א פארטראכטער, 
אומעטינער ננון". 

,די ערשטע דריי טענ איז דער וװעטער געווען אויסנעציי- 
כענט. דער ים איז געווען אזוי רוהינ, אז ער אין געווען אונאינ- 
טערעסאַנט", 

, ווען עס באַווייזט זיך א שיף, לויפט דער עולם פון אַלץ 
זייטען איהר באַקוקען, א ספּעציעלען אינטערעס רופט ארויס א 
זענעל-שיף. זי איז ווירקליך שעהן, אזוי וי א ריזיגער מין 
פויגעל מיט ווייסע פליגלען, וועלכע זיינען אױסגעשפּרײט איבער'ן 
הימעל." 

פון די זיבען טענ, װאָס איך האָב פארבראכט אויף דער 
, דזשאַרדזש וװאַשיננטאָן", געדענק איך הויפּטזעכליך דעם אֶר- 
קעסטער, אונזער בעד"רום סטיואַרד (דער וואס מאכט די בעטען 
און ראמט אויף די קאיוטעס) אוֹן דעם הויפּט סטיוארד. דער 
אָרקעסטער האָט צו דינער עטליכע סאָל געשפּילט א געויסען 


ווידער אין אויראָמאַ 58 


דייטשען נגון, וועלכער האָט מיך געפאנגען,. א זאָנדערבארער 
מין ריטם האָט פון איהם געשלאָגען. 

און ווען איך דערמאָן זיך אָן יענעם אָרקעסטער, לעבט פאר 
מיר אויך אויף אונזער בּעד-רום סטיוארד, ווארים ער איז געווען 
אַ מיטגליד פון דעם ארקעסטער. אלע מוזיקאנטען זיינען צו 
דערזעלבער צייט נעווען סטיוארדס. אונזער בעד:רום סטיוארד 
האָט געשפּילט אויף א טרומייט. אין דער צייט פון די מאָל- 
צייטען פלעגט ער אָנטאָן אויף זיך א יוניפאָרם פון א מוזיקאנט, 
און איך פלעג בעאָבאַכטען, װי ער נעמט אַנטײיל אין דעם 
אָרקעסטער. װווי פילע דייטשען, איז ער געווען אַ בריח אוֹיף אַלץ, 
צו װאָס ער האָט זיך גענומען, אַלזאָ, איז ער געווען אן אויס- 
געצייכענטער מוזיקאַנט. האָט אויסגעצייכענט געמאַכט די בעטען 
און געהאַלטען דעם נאַנצען צימער אונזערען אין אַן אויסנע- 
צייכענטער אָרדנונג. 

דעם הויפּט סטיואַרד, אַ הויכען קרעפטינען דייטש, געדענס 
איך הויפּטזעכליך ווייל יעדעס מאָל, ביים עסען, פלענט ער אַרײנ- 
קומען און אונז אַלעמען באַגריסען מיט דעם װאָרט , מאַהלצײיט !" 
אַזױ פלעגט ער נעהן פון טיש צו טיש און מיט זיין שיינענדיג 
רויטען פּנים פלענט ער ביי יעדען טיש א שאָקעל טאָן מיט'ן קאָפּ 
און אויסרופען , מאַהלצייט? ! 

די שיף האָט זיך אָפּנעשטעלט ביי שערבורנ, פראַנקרייך, צום 
ברעג האָבען אונז צונעפיהרט קליינע שיפעלעך. אין פאַרבינדוננ 
מיםט דיזער קורצער רייזע צו דער פראנצויזישער האַפען-שטאָרט 
איז אין מיין זכרון פאַרבליבען דאָס בילד פון דער באַריהמטער 
אָפּערא זינגערין מערי נאַרדען, וועלכע האָט זיך געפונען אויף 
דעמזעלבען שיפעל מיט אונז. זי איז באַריהמט געװאָרען אין 
דער אפּערא , טאַיס", אין וועלכער זי האָט געשאַפען די הויפּט 
ראָלע אין פּאַריז,. דאָס האָט איהר געגעבען איהר נאָמען. שפּעטער 
האָט זי געשפּילט אין ניו יאָרק. וי דער שטיינער איז, האָט מען 
אויף אונזער רייזע איבער'ן ים דעם לעצטען אַווענט געגעבען א 
קאָנצערט, און מערי נאַרדען'ס אנטיי? איז נעווען דער וויכטינ- 
פטער נומער פון דער פּראָנראַם, 

פון שערבורנ האָט אַ צונ אונז נעבראכט סיין פּאַריז. 


56 בלעמער פון מיין לעבען 


מיר זיינען אָנגעקומען ביינאַכט. מיר האָבען גענומען 
אַ , פאיעטאן" און געהייסען זיך פיהרען צו אַ האָטעל. עס איז 
אָבער געווען אַ שווערע אונטערנעמונג. אַלע האַטעלען זיינען 
יענע פּאֶר טעג נעווען פאַרנומען. עפּעס אין פאָרגעקומען אֵן 
אינטערנאַציאָנאַלער צוזאַמענפאָהר פון געוויסע געזעלשאַפטען, 
און די שטאָדט איז געווען פול מיט דעלענאַטען פון פאַרשידענע 
לענדער. מיר זיינען געווען אין פאַרצווייפלונג. 

--- פיהרט אונז אויף דעם פּלאַס דע לא סארבאן, -- האָב 
איך ענדליך געזאָגט דעם קוטשער. 

דאָס אין דער סקווער, וואו איך בין איינגעשטאַנען מיט 
ניינצעהן יאֶהר פריהער, דעם לעצטען מאָל, ווען איך בין געווען 
אין פראַנקרייך. ער לינט אין רעכטען מיטען פון דעם באַריהמטען 
פֿאַטיינישען קװאַרטאַל, דער גענענד, וואו עס געפינט זיך דער 
אוניווערזיטעט, קינסטלער שולען און אַזױ הויך-שולען, דער 
גענענד פון געלערטע, סטודענטען און קינסטלער, וועגען וועלכען 

מען לייענט אין יעדען ראָמאַן, װאָס זיין העלד אָדער העלדין 

באַזוכט פּאַריז. עס איז אַ היבשע שטיק פון דעם שטאַדט-צענטער, 
אויףה דער אַנדערער זייט פון דעם טייך סעין, דאָרטען זיינען 
פאַראַנען באָרדינג הייזער, הייזער פון מעבלירטע צימערען און 
קליינע האָטעלכעלעך אִהן אַ צאָהל, איך האָב גערעכענט, אַז די 
דעלענאַטען פון דעם צוזאַמענפאָהר האָבען זיך אַזױי ויים נים 
פאַרקליבען. און אַזױ איז טאַקע געווען. 

מיו האָבען געפונען אַ צימער אין אַ קליינעם האָטעל, נעקסט 
צו דעם, וואו איך בין איינגעשטאַנען מיט ניינצעהן יאָהר צוריק. 
דער נאָמען איז געווען , סעלעקט האָטעל", אַ קליינע נאַסט הייזעל, 
אָבער אַ נעטע און אַ באַקװעמע. 

אויף מאָרגען אין דער פריה בין איך אַרױס אויפ'ן גאַס און 
כאַקוקט די שטאָרט, 

איך בין, אַלזאָ, ווידער אין פּאַריז ! קיין זאך האָט זיך אין 
די ניינצעהן יאָהר ניט געענדערט. 

אמת, אין די ניינצעהן יאָהר זיינען דאָרטען צונעבויט גע" 
װאָרען אייניגע נייע גאַסען, אָבער דאָס אַלץ אין געווען אין די 
ווייטערע טיילען פון שטאָדט. דער צענטער פון פּאַריז, --- אָט די 


ווידער אין אייראָמאַ 51 


פּאַריז, וועלכע לעזער פון דער נאַנצער װעלט קענען פון דער 
ליטעראַטור, --- איז אבסאָלוט ניט געביטען געװאָרען. איך בין 
אומגעגאַנגען איבערן שטאָדט מיט אַ געפיה?, אַזױ וי איך װאָלט 
דאָ געווען נעכטען. 

גראָד ווען דיזע שורות ווערען געשריבען, אין אַ שטיקעל 
סענסאַציע מיט אַ טעלעפאָן, װאָס מען האָט איינגעפיהרט צום 
יערשטען מאָל אין דעם הויכען געריכט פון פּאַריז (פּאַלעי דע- 
זשיסטיס), ערשט איצט האָט מען זיך ערלויבט דאָס צו טאָן, 
פריהער האָט מען דאָס געהאַלטען פאַר אַ חלול?ל השם. די דאָזינע 
אַלטע געביידע אין איצט כמעט פּונקט וי זי איז געוועזען אין 
דער צייט פון דער פראנצויזישער רעװאַלוציע און נאָך א סך 
פריהער,, זי איזן שרעקליך ענג און זעהר אונבאַקװועם. וען אן 
אַמעריקאַנער קומט אַריין אַהין, גלויבט זיך איהם פּשוט ניט, אז 
דאָס זאָל זיין די וויכטיגסטע נעריכט-נעביידע פון אזא שטאָדט 
ווי פּאַריז, אָבער איהר אַלטקײיט איז איהר הייליגקייט, און איינ- 
פיהרען נייע סמאָדעס ווערט באַטראַכט װי א פאַרשועכונג פון 
דיזען היילינטום, 
| אויף דער נאָס, וואו עס געפינט זיך דער בארימטער האָטעפ 
דע װויל (פיטי האָל, ראַט-האַוז), שטעהען געביידעס, וועלכע האַ- 
בען עד היום נאָך קיין פּלאָמביננ ניט. זיי זיינען שטאַרק באַ- 
זעצט מיט מייז. אָבער ענדערען זיי, אַריינברייננען , אימפרואוו- 
מענטס? --- דאָס פאַלט קיינעם ניט איין, | 

פאר מיר אָבער איז דאָס גראַדע געווען װוילקאַָמען. מיר 
איז ליב געווען די פּאַריז פון פאַר-ניינצען-יאָהר, און זי האָב איך 
געפונען. 

איך האָב זיך אַ לאָז געטאָן באַזוכען פאַרשידענע פּלעצער, 
מיט וועלכע איך בין געווען באקאַנט, ווען איך האָב פאַרפֿראַכט 
אין פּאַריז אין 1891 און אין 1898: די באַרימטע מוזעאומס, 
פאַרצייטיגע קירכען, די באַרימטע סקווערס, נאַסען און געסלעך : 
פּלעצער, וואו עס האָבען געוואוינט מיינע אַמאָלינע פריינד,. איךף. 
האָב אַלץ געפונען ניט גערירט, אַזױ וי די נאַנצע שטאָדט װאָלט 
געווען א מוזעאום, 

אַ שעהנע, אינטערעסאנטע שטאָדט. . 


58 בלעטער פון טוין לעבען 


איין ענדערונג האָב איך נעפונען אין דעם אלנעמיינעם אויס- 
זעהן פון דער שטאָדט: אָטאָמאָבילס ‏ אין דעם דריטען באַנד 
פון דיזע , בלעטער", אויף פּיידזש 245, װוערט דערמאַנט, אז 
אויף מיין באַזוך אין פּאַריז, אין 1893, האָב איך צום ערשטען 
מאָל אויף מיין לעבען געזעהן אן אָטאָמאָביל (אויף ענגליש האָט 
מען דאָס גערופען ניט מיט דעם נאָמען, נאָר ,האָרסלעס קע- 
רידזשעס" --- ווענען אֶהן פערד). נאָר איין אָטאָמאָביל האָב 
איך דאַן געזעהן, איצטער איז די שטאָדט געווען פול מיט אִטאָ- 
מאָבילען, און אין דעם אַלגעמײנעם איינדרוק, װאָס די וויכטיגע 
נאסען האָבען אויף מיר געמאַכט, איז פון דעם ארויסגעקומען א 
גרויסע ענדערונג. 

דעם לעזער וװועט פילייכט זיין אינטערעסאַנט צו וויסען, אַז 
פּאַריז האָט דאַן (אין 1919) געהאַט מעהר אִטאָמאָבילס וי ניו- 
יאָרק, --- א סך מעהר. איצט קומט דאָס אויס קאָמיש, הגם 
היינט פעלט אין פּאַריז אויך קיין אָטאָמאָבילען ניט, און די 
שטאָדט האָט איצט אויך , טרעפיק פּראָבלעמס" (שוועריגקייטען 
מיט דעם פאַרקער), 

די פּאַריזער נאַסען האָבען אויף מיר ווידער נעמאַכט אַן 
איינדרוק מיט זייער ניט-אַמעריקאַנישער פיל-פאַרבינקייט און 
בילדליכקייט. ‏ א סך האָבען דערצו ביינעטראגען די פאָלדאַטען 
און די אָפיצירען אויף די בולװארען, די מייסטע פון זיי אין 
העל-רויטע הויזען און רויטע היטלען, קאָלירטע אָדער בליסטשענ- 
דע נילדערנע אָדער זילבערנע עפּאָלעטען. 

ביי די ציווילע קאַװאַלערען --- האַלזטיכער פון אלערליי 
קאָלירען און אַלערלײ פאַסאָנען, אזעלכע, וועלכע װאָלטען אין 
נין יארק אַרויסגערופען א בליק פון איבערראשונג און א שמי" 
כע? פון שפּאָט,. בערד, געשאָרען און צונעפּוצט אויף די פאר" 
שידענסטע אַרטען ; קאַפּעליושען פון אַלערלײ פאָרמען, נעטראָ- 
נען מיט אַלערלײ מינים קאָקעטסטװאָס, און שטעקענס אויך אויף 
אזא שטיינער. יעדער מאַנסבי? האָט מיט זיין שטעקען געמאַכט 
א באַזונדערען אָנשטע?ל -- אַזױ, ווענינסטענס, האָט זיך דאָס 
מיר געדוכט. 

אין אמעריקא איז די אַלגעמיינע שטרעבונג אויסצומיידען 


ווידער אין אייראָפּאַ 59 


פארשידענקייט, אלע מאנסבילען טראָנען דעמזעלבען סאָרט 
קליידער, העטס, נעקטאַיס, קראַגענס, אַזױ וי זיי װאָלטען פיינט 
געהאַט צוציהען צו זיך אויפמערקזאמקייט,. ‏ אלע מענער געהען 
אזוי װוי אין א יוניפאָרם. ‏ די פראַנצויזישע מענער זיינען פּונקט 
- פאַרקערט ;: יעדער זוכט אויסצוזעהן נאָר אַנדערש וי די אַנ- 
דערע. ער ויל נראָד ציהען אויפמערקזאמקייט צו זיך. אין 
דאָס א חטא? זינען די אַמעריקאנער מענער באַשײידענער, 
מאָראַלישער 4 אזוי פלענגט מען אמאָל מיינען אין אמעריקא. 
אַמאָל, אָבער ניט היינט, 

די פרויען פון פּאַריז האָבען געצוינען מיין אויפמערקזאט- 
קייט מיט זייערע חן'עוודינע מינעס און האַװאַיעס מעהר וי מיט 
זייערע פּנים'ער און שטימען, אַקצענטען, אינטאָנאַציעס, נגונים 
אין ריידען ביי די פרויען זיינען אויך געווען פו? מיט חן, איהר 
קויפם אַ צייטונג ביי אן אַלטער, ארים-געקליידעטער פּעדלערקע, 
װאָס זיצט אין א צייטוננס-ביידעל; איהר באַצאָהלט איהר אַ 
קופּערנע מטבעה, און זי באַדאַנקט אייך מיט , מערסי, מאָסיע !" 
(אַ דאַנק, מיין הער!) מיט אַ נינעלע, וועלכער קליננט אַייך 
וי צויבער-מוזיק. 

דאָס אַלץ האָב איך באַמערקט אויף מיינע וויזיטען אין פּאַ- 
ריז מיט 19 און מיט 21 יאָהר צוריק. איצט אָבער האָט דאָס 
מיר אויסנעזעהן און געסלונגען ניי, מיט אַ פרישען חן. 


5 
אַנמאָן גנאטאָווסקי. -- װולאַדימיר בורצעוו, 


איינער פון מיינע אַלטע פריינד, וועלכע איך האָב באַזוכט 
אויף דיזען וויזיט מיינעם, איז נגעווען מיין יונענד-חבר פוֹן דעם 
ווילנער רעװאָלוציאָנערען , קרוזשאָק?, דער פּאַליאק אנטאָן ננא- 
טאָווסקי (זעה ערשטען באַנד, פּיידזשעס 290, 204 און /99, 
און דריטען באַנד, פּיידזש 181), וועלכער האָט אין 1887 אנ- 
טייל נענומען אין דער פאַרשווערונג צו טויטען אַלעקסאַנדער 
דעם דריטען, פאַר וועלכער מען האָט געהאַנגען א ברודער פון 
ניקאָלאי לענין און נאָך פיר רעװאָלוציאָנערען, ער האָט חתונה 


0 בלעטער פון מיין לעבען 


געהאט סיט אַ אידישער פרוי, א דאָקטאָרין, און אזוי װי ביידע 
זיינען געווען גוט באקאנט אין דער רוסישער קאַָלאָניע פון פּאַ- 
ריז, איזן מיר לייכט געווען צו דערגעהן זייער אדרעס. איך בין 
ארויפנעקומען צו זיי אין שטוב. איך האָב אנטאָנ'ען גע- 
פונען. 

איך האָב געװאָלט זעהן, צי ער וועט מיך דערקענען. סיר 
פלענען זיך זאָגען , דו", אָבער דיזען מאָל האָב איך צו איהם 
גערעדט, װוי צו א פרעמדען. 

--- אוהר דערקענט מיך? -- האָב איך איהם געפרעגט. 

ער האָט מיך באַקוקט, געגעבען א שמייכעל און אָנגעכאפּט 
מיך פאַר ביירע הענט, 

--- קאַנאַן ! --- האָט ער אויסגערופען, מיט דער רוסישער 
אױיסשפּראַך נאַטירליך. 

אויפ'ן אויסזעהן האָט ער זיך שטאַרק געענדערט. איך בין 
אָבער צו איהם באַלד צונעוואוינם געווארען. 

א סך װאַסער האָט אין די ניינצען יאָהר אַריבערגעשטראָמט. 
מיר האָבען גערעדט ווענען געמיינשאַפטליכע באקאנטע, װעגען 
פארשידענע פּאַסירוננען. 

עס האָבען ווידער אויפגעלעבט אין מיין זכרון די שטונדען, 
װאָס מיר האָבען פאַרבראכט צוזאמען אין פּאריז, אויף מיין 
צווייטען באַזוך דארטען, אין 1809. אָבער נאָך לעבעדינער זיי" 
נען איצטער פאר מיר פאָרגעקומען יענע סצענעס אין ווילנא, אין 
װולאַדימיר סאָקאָלאָוו'ס הויז, וואו אנטאָן האָט געוואוינט, און 
וואו איך האָב זיך געטראָפען מיט קריסטליכע סאַציאליסטען, 
אָפיצירען און ציווילנע, די ערשטע טענ, ווען איך בין באקערט 
געווארען צום סאַציאליזם, ווען מיין יונגע נשמה האָט דורכגע- 
געבט אזוי פיל וואס איז געווען ניי און פו? מיט הימלישער . 
טרעװאָנע. 

גנאטאָווסקי איז איצט געווען א פאָטער פון א פאמיליע, זעהר 
צוגעבונדען צו די קינדער. 

אפילו ווען ער איז נאָך געווען א יאֶהר אַכצען אָדער צװאַנ" 
ציג, האָב איך איהם געהאַלטען פאר אַ קלוגען. אין די ניינצען 


ווידער אין אווראָפאַ 1 


יִאֶהר אין ער אַ סך ענטװויקעלט געווארען. דער געשפּרעך מיט 
איהם איז מיר געווען זעהר אינטערעסאַנט, 
8 +* 2 


אין פּאַריז האָס דאן געוואוינט דער בארימטער וולאדימיר 
בורצעוו, מיט וועלכען איך בין באקאנט געווארען אין די אלטע 
יאָהרען, און מיט וועלכען איך האָב זיך אויך נעזעהן אין ניו 
יאָרק, וואו ער איז געווען אויף אַ באַזוך מיט אַ פֹּאָר יאֶהר פאַר 
מיין איצטיגען וויזים אין אייראָפּא, זיין קווארטיר איז געווען 
אין דעם פּאַריזער אַרבײיטער קװאַרטאַל, איך האָב איהם באַ- 
זוכט, און מיר האָבען פאַרבראַכט עטליכע שטונדען צוזאמען. 

דאָס איז אַן עכטער רוס פון אַ שעהנעם טיפּ. מעגט איהר 
מיט איהם זיין איינפאַרשטאַנען אָדער ניט איינפארשטאַנען, -- 
רעספּעקט צו איהם מוזט איהר האָבען. 


4 


איך װוער באקאנט מיט זשאַן זשאָרעס'ען. --- זיין אנמי- 
מאַרקסיזם. 


אויף דיזען וויזיט מיינעם אין פּאַריז בין איך באַקאַנט גע- 
ווארען מיט זשאַן זשאָרעס'ען, דער פיהרער פון די פראנצויזישע 
סאַציאליסטען און דער גרעסטער רעדנער אין פראנקדייך פון זיין 
ציים. דיזע באַקאַנטשאַפט איזן פאר מיר געווען א וויכטיגע ער- 
פאהרונג איך האָב זיך מיט איהם געזעהן צויי מאָל --- איין 
מאָל אין דעם שאַמבר דע דעפּיוטעי (דער פראנצויזישער פּאַרלאַ- 
מענט), און א צווייטען מאָל ביי איהם צו הויז. 

אין פּאַרלאַמענט, װאו ער איז געװען דער פיהרער 
פון דער סאַציאליסטישער פראַקציע, האָב איך זיך מיט איהם 
געזעהן אין אַ שבת נאָכמיטאָג (דעם מטען יוני), איך בין אַהין 
געקומען מיט א דאָפּעלטען צוועק : באַאָבאַכטען א זיצונג פון דעם 
פראַנצויזישען פּאַרלאַמענט און צו זעהן זיך מיט זשאָרעס'ען. 

דער פראַנצויזישער פּאַרלאַמענט איז איינע פון די שענסטע 
אוֹן איינדרוסספולסטע געביידעס אין פּאַריז, און ער שטעהט אין 
א באַריהמטען פּלאַץ. ער געפינט זיך ביי איינעם פון די בריקען, 


69 בלעטער פון טיין לעבען 


וואס שפּאַנען אַריבער דעם טייך פעין. אויף דער אַנדערער זייט 
פון דעם בריק געהט דער נרויסער סקווער פּלאַס דע לאַ קאָנ- 
קאָרד, וואו אין דער צייט פון דער פראַנצויזישער רעװאָלוציע 
איז געשטאַנען די גיליאָטינע. דאָ האָט מען דאָס אין יאֶהר 1703 
געקעפּט דעם קעניג לואי דעם 16טען. 

אין דעם שאַמבר דע דעפּיוטעי איז דאַן פאָרגעקומען אַ וויכ- 
טינע דעבאַטע איבער דעם יקרות אויף וייץ, און זשאָרעס אין 
געװען דער אָנפיהרער פון דעם קאַמף, וועלכען די סאָציאליס- 
טען האָבען דאן אָרגאַניזירט נעגען דער רעגירונג. 

ער האָט מיך אויפגענומען אין דעם גרויסען פאָדעריזאַל 
פון דעם שאַמבר. ער האָט אָבער געמוזט גלייך לויפען צוֹריק 
אינעווייניג אין פּאַרלאַמענט. אלזאָ, האָט ער מיך פריהער באַ- 
זאָרנט מיט אַ פּלאַץ אויבען, אין דער נאַלעריע. פון דאָרטען 
האָב איך דערנאָך געהערט זיין באַרימטע לייבען-שטימע, בשעת 
ער האָט געהאַלטען זיין רעדע. 

די סאַציאליסטען האָבען דאן געהאַט פינף-אוך-זיבעציג דע- 
פּוטאַטען, און ער איז געווען זייער פיהרער. 

איך ווייס ניט ווארום, נאָר לויט זיינע בילדער פלעג איך 
איהם אימער זיך פאָרשטעלען פאר א מאַן מיט אַ קאלטען, 
שטרענגען געזיכט. אין דער אמת'ן האָב איך געפונען, אז זיין 
פּנים איז פו? מיט לעבען. ער האָט אויסנעזעהן עלטער, וי איך 
האָב זיך איהם געשילדערט, און מיט די עטליכע ווערטער, װאָס 
ער האָט גערעדט מיט מיר (אויף אַ זעהר געמאַטערטען ענגליש), 
אזוי גוט װי מיט דער רעדע, װאָס ער האָט געהאַלטען פון דער 
פּלאַטפאָרמע, האָט ער געמאַכט אַן איינדרוק פון א מאַן פול מיט 
פייער און ענערניע. 

בשעת ער האָט מיך באַזאָרנט מיט דעם פּלאַץ אין דער 
גאַלעריע, פון װאַנען איך זאָל קאָנען זעהן און הערען די דעפּו- 
טאַטען, האָט ער מיך איינגעלאדען צו קומען צו איהם מאַרגען אין 
דער פריה. 

ער האָט געוואוינט אין דעם קװאַרטאַל, וועלכער הייסט 
פּאסי. זיין קאַבינעט איז געווען בוכשטעבליך אֶנגעפּאקט מיט 
ביכער,. וי כאַקאַנט, איזן ער פֿריהער געװועזען א פּראָפּעסאָך 


ווידער אין אייראָפאַ 03 


פון פילאָזאָפּיע אין דעם אוניווערזיטעט פון טולוז, און א נרויסע 
צאָל פון די ביכער, װאָס איך האָב באמערקט אויף זיינע פֹּאַ- 
ליצעס, זיינען געווען איבער דיזען געגענשטאַנד. 

ער האָט דאַן געהאלטען אין ארבייטען אויף זיין באַרימטער 
נעשיכטע פון דער פראַנצויזישער רעװאָלוציע, פון וועלכער איי- 
נינע בענדער זיינען שוין דאַן געווען ערשינען. 

דער שמועס אין אונן ניט אָנגעקומען לייכט,. ער האָט 
געקענט אי דייטש, אי עננליש, אָבער אויף ביידע שפּראכען אין 
ער געווען אַ סך מעהר בריה ביים לעזען װוי אין ריידען. צווישען 
זיינע ביכער האָב איך באַמערקט א סך וערק אויף דייטש און 
אויף ענגליש. ער האָט זיי נעלעזען פריי. אָבער ריידען אויף 
די שפּדראכען האָט ער גערעדט מיט נרויסע שוועריגקייטען,. מיט 
מיין פראַנצויזיש איז געווען דאָסזעלבע, וי מיט זיין ענגליש 
אָדער דייטש, פילייכט נאָך אַביסע? ערנער. סיר האָבען זיך 
אָבער װוי עס איז דורכגעטאַלקעװעט, אידען זיינען ניט די איינ- 
צינע, װאָס קענען זיך אין א געשפּרעך אויסהעלפען מיט די 
הענט און מיט די אויגען. די פראנצויזען זיינען אויך קינסטלער 
אויף דעם, הנם אויף אַן אַנדער שטיינער. דערצו האָבען זיי 
נאָך א דריטען אינסטרומענט דערביי --- די פּלייצעס. 

אַזױ װי לעזען פראַנצויזיש אין מיר א סך לייכטער וי 
ריידען, פלענט ער פון צייט צו צייט אויפשרייבען זיין געדאַנק 
אויף זיין מוטער-שפּראך, און ענליכעס פלענ איך טאָן. קורץ: 
מיר האָבען זיך אַזױ איינגעטרייט, אז דער צוייטער העלפט פון 
אונזער געשפּרעך איז גענאנגען לייכטער, הנם אין איינינע מאָ- 
מענטען בין איך פאָרט ניט געווען זיכער, אַז מיר ריידען זיך 
צונויף. 

וועגען דער ווייץ פראַנע האָט ער מיר געזאָנט דאָס פאָל- 
גענדע : 

,מיר סאַציאליסטען שטעלען אלס אונזער ערשטע פאדע- 
רונג, אז דעם נאנצען אריינפיהר פון תבואה זאל די רעני- 
רונג איבערנעמען אין איהרע הענט אלס א געזעלשאַפטס-מאָנאָ- 
פּאָל, לויט דעם סאַציאליסטישען געדאַנק, 

,ערװאַרטען, אז מיר זאָלען דאָס קאָנען פארווירקליכען אין 


64 בלעמער פון מוין לעבען 


פאָרלויפיג ניטאָ קיין האָפּנונג,. דעריבער שטעלען מיר אלם אונ- 
זער נעקסטע פאָדערונג, אז מען זאָל אָפּשאפען דעם טאַריף אויף 
ווייץ. מיר זיינען ניט קיין ,פרי טריידערס", אָבער דער פּרין 
פון ווייץ, דאָס הייסט, פון ברויט, אין איצט אין פראנקרייך 
שרעקליך הויך, און די ארבייטער מאַפען ליידען דערפון. אלזאָ, 
פאָדערען מיר, אז די אָפּצאָלונג אויף אימפּאָרטירטע ווייץ זאָל 
אָפּנעשאפט ווערען". 

איך האָב דאן ביי איהם געפרעגט ווענען די סינדיקאַליסטען, 
די ראַדיקאלע יוניאָן-לייט, וועלכע האָבען דאן שטאַרק באקעמפט 
די סאציאליסטישע יוניאנס. דאן, און נאָך מעהר אַביסעל פריהער, 
האָבען סינדיקאַליסטען געפּרעדיגט דעם סאַבאָטאַזש, דאָס הייסט, 
אז ארבייטער זאָלען די פאַבריקאנטען אָנטאָן שטערונגען און 
שאָדען, קאַליע מאַכען געצייג, רואינירען די װאַרע, א, אַז. װו. די 
סאַציאליסטען האָבען געקעמפט גענען דיזע מיטלען. אלזאָ, האָב 
איך איהם געפרעגט וועגען דיזען ענין. 

אויף דעם האָט ער געזאָנט דאָס פאָלגענדע ; 

,דאָס איז ניט אַזױ געפערליך, וי איהר מיינט. פריהער 
פלענען מיר ווירקליך האָבען גרויסע צוזאמענשטויסען מיט זיי 
דאָס איז שוין אָבער פיל אָפּנעשוואכט געווארען. אונזערע פאר- 
העלטניסען זיינען א סך בעסער. איהר וייסט דאָך, װאַרשײנ" 
ליך, א מיר זיינען איצטער אין פראנקרייך שוין א פאראייניגטע 
סאַציאליסטישע פּארטיי, פריהער זיינען געווען עטליכע סאַציא- 
ליסטישע נרופּען, איצטער ארבייטען מיר אַלע צוזאמען. דאָס 
ווייסט איהר אַלֵיין, איך וי? בליז צונעבען, אז דער גייסט 
פון פאַלידאריטעט און איינינקייט איז איצט ביי אונז ניט בלויז 
אויפ'ן פּאפּיר, נאָר אין דער ווירקליכקייט," 

ווענען דעם סאבאַטאַזש האָט ער מיר געזאָגט אָט װאָס: 

,דאָ ניט לאננ אין פאָרנעקומען א קאָנגרעס פון אונזערע 
בוידארבייטער. האָט דיזער קאָנגרעס אנערקענט אלס פּרינצים, 
אז די ארבייטער מוזען טאָן זייער ארבייט ערליך און נעוויסענ- 
האפט; אז אזי פאָדערט די זעלבסטווירדע פוֹן דעם ארביי- 
טער קלאס. דאָס איז פּונקט דער געגענזאץ פון סאבאָטאַזש, און 
דער באַשלוס ציינט, אז די פראנצויזישע ארבייטער פארשטעהען, 


א 
א 
לאגי 
א 





ווידער אין אייראָפּאַ | 5 


אז זייער זיג װועט קומען דורך זייער פאראיינינטע מאכט, אןז 
צו געהן מיט אונווירדינע מיטלען אין נענען זייער וירדע. 
די ארבייטער זיינען צו נרויס אין זייער קראפט און אין זייער 
| היסטאָרישער ראָלע, אז זיי זאָלען זיך באַנוצען מיט אַזאַ מיטעל, 
וי סאַבאַטאַזש. אין גרונט גענומען, האָט דער סאַבאָטאַזש קיין 
אמת'ע באדייטונג קיינמאָל ניט געהאט. אין א סטרייק טרעפט 
אמאָל, אז דער אָדער יענער ארבייטער באַנוצט זיך מיט דעם. 
דאָס איז אָבער אַן אינדיווידועלער פאַל, עס האָט ניט קיין שייכות 
צו דער באווענונג". | 

איך האָב מיט איהם גערעדט ועגען זיין אנטי-מאַרקסיזם, 
האָט ער ווענען קארל מארקס'ען געמאַכט זעהר פריינדליכע און 
זאָנאַר באַגייסטערטע באַמערקונגען {; ער האָט אָבער געזאַנט, אז 
די מאַרקסיסטישע טעאָריע איז צו , טעאָרעטיש?. ער האָט דאָס 
ערקלערט אויף אַ שטייגער, וועלכער איז מיר געווען אומנעהייער 
אינטערעסאנט, ער האָט געזאָגט דאָס פאָלנענדע; 

,דער פּראָגרעס פון דער מענשחייט דארף ניט צוטיילט 
ווערען אַזױ, אז יעדער פּעריאד זאָל זיין ענג און שטרענג פאר- 
בונדען מיט אַ באַשטימטען קלאס. עס אין נאַטירליך א היס- 
טאָרישער פאקט, און דער ארבייטער קלאס פיהרט אָן זיין קאמף 
גענען דעם קאַפּיטאליסטישען קלאס. לויט מארקס'עס טעאָרע- 
טישע סיסטעם אָבער קומט אויס, אַז דער נאַנצער פארטשריט 
פון דער מענשהייםט ווערט צוטיילט אויף דייטליך אָפּגעזונדערטע 
טיילען, אזוי אן יעדער טייפ איז פאַרבונדען מיט דער צייט, 
ווען עס האָט געהערשט דער אדער יענער קלאס. 

, לויט מיין מיינונג, איז דאָס א צו ענגער בליק. מיר סאָ- 
ציאליסטען דארפען זיין ברייטער. גרענעצען קענען אזוי שטרענג 
ניט נגעמאכט ווערען,. די מענשהייט אַ ל ס אַ ג אַ נ צע האָט 
אויפגעטאָן און טוט אויף קאַלאָסאַלע זאכען, גאנץ אָפּנעזעהן פון 
דעם קלאסען קאמף. דער מענשליכער פּראָגרעס געהערט צו דער 
מענשחייט אין אַלנעמײן, מיר, סאַציאליסטען, קעמפען פאר דעם 
ארבייטער, און דיזער קאמף פיהרט ווייטער אוים'ן װועג צו פרא- 
נרעס. אָבער וען א געלערטער ארביים ביי זיין וויסענשאפט, 
און ער האָט מיט דעם ארבייטער קלאס קיין פארבינדונג ניט 


6 | בלעטער פון מיין לעבען 


הייסט עס דען, אז ער געהערט ניט צו דעם פּראָגרעס? און וען 
א קאַפּיטאכיסט טוט אַ גרויסע, שעהנע זאך, אָדער ווען מיט זיין 
אקטיווער הילף ווערט געמאכט א גרויסע וויכטיגע װיסענשאַפּט- 
ליכע ענטדעקונג אָדער טעכנישע פאַרבעסערונג, הייסט עס דען 
ניט, אז ער העלפט דעם פּראָגרעס ? 


;אַזױ זאָגען הייסט זיין פארבלענדט פון פאַנאַטיזם", האָט 
זשאָרעס ערקלערט. 

ער האָט גערעדט מיט באַנייסטערונג ווענען דעם פּראָגרעס 
אין אלנעמיין און ווענען דעם בייטראנ, וואס דער סאַציאליזם 
מאכט צון איהם,. איבערהויפט האָט ער זיך אױיסנגעשפּראכען 
מיט א ווארעמער טאַלעראנץ, און דאָס האָט נעמאכט א שטאַר- 
קען אַיינדרוק אויף מיר, װאָרים טאָלעראנץ האָב איך געפּרעדינט 
אין , פאָרווערטס" פון דעם ערשטען טאָג אָן, ווען איך האָב זיך 
צו איהם אומנעקערט אין יאהר 1902. 

ער האָט זיך אויסנעדריקט אַלס אַ באַגײסטערטער סאָצואַ- 
ליסט וועגען דער נגעגענווארט און ווענען דער צקונפט, אָבער ניט 
אויף דעם זעלבען שטייגער, װי עס פלענען רעדען אלע אנדערע 
סאַציאַליסטען מיט וועלכע איך בין געווען נעוואוינט צו שמועסען 
צי אין אמעריקא צי אין אייראָפּא,. עפּעס אנדערש, און די דאָזינע 
אַנדערשקייט האָט צו מיר שטאַרק אַפּעלירט,. איך האָב נעפיהלט 
אַז טיף אין הארצען לינט ביי מיר אזא סאָרט סאַציאָליזם װי 
זיינער, 

איך האָב פאַרצייכענט װאָס ער האָט נעזאָנט. עס האָט 
פארנומען ביי מיר שעהנע עטליכע בלעטלעך. אוֹן איך האָב 
דאָס אַלץ דערנאָך איינגעשלאַסען אין א קאָרעספּאָנדענץ צום 
, פאָרווערטס", איך האָב זיך אָבער דערנאָך ארומנעזעהן, אן 
דאָס צו דרוקען װאָלט ניט נגעווען ראַטזאַם, עס װאָלט נעקלונ- 
גען אַנטיימארקסיסטיש. אין יענע צייטען איז מען נאָך צו אזעל- 
כע געדאנקען אין אונזער באווענונג ניט געווען צונעוואוינט. איך 
האָב מורא געהאט, אז דיזער טייל פון מיין בריף װועט ניט ריכטיג 
אויסגעטייטשט ווערען, ‏ אלזא, האָב איך דאָס אלץ פון דעם 
בריף ארויסגענומען,. מען האָט מיר סאַי וי סאַי גערופען אפּי- 


ווידער אין אייראָמאַ 67 


קורס פאר דער אַרט, וי אַזױ איך האָב נעפיהרט דעם ,פאָר- 
ווערטס", 

ביי מיר אין מוח האָבען זיך שוין געפּלאָנטערט נעוויסע 
,אפּיקורסישע" געדאנקען וועגען דער סאַציאליסטישער טעאָריע 
אויך, אָבער טאַקע ניט מעהר וי געפּלאַנטערט, אין מיין נע- 
שפּרעך מיט זשאָרעס'ען האָבען די דאָזיגע אונדייטליכע געדאנ- 
קען געפונען אַ קװאַל פון ערמוטיגונג, זיינע רייד האָבען מיך 
שטאַרק פאראינטערעסירט, 


וי מיר וועלען באַלד זעהן, האָב איך עטליכע װאָכען שפּע- 
טער, אין בערלין, געהאַט ערפאהרונגען, וועלכע האָבען אויף מיר 
געווירקט אין דער זעלבער ריכטונג וי זשאָרעס'עס רייד, נאָר 
דייטליכער און שטארקער. דיזער רייזע מיינע אין אייראפּא אין 
יאהר 1919 איז באַשערט געווען צוֹ האָבען א וויכטינען איינפלוס 
אויף מיין נגעדאנקען גאַנג. 


מיר האָבען אויך געשמועסט וועגען רוזוועלט'ן און ווענען 
די איבערראשענדע ענדערונגען, וואס קומען פאָר אין דעם עקאָ- 
נאָמישען לעבען פון די פאַראייניגטע שטאאַטען. מיר האָבען 
גערעדט וועגען די אַמעריקאנער טראָסטס און אויך וועגען דער 
אמעריקאנער סאַציאליסטישער באוועגונג, 


איך האָב זיך באַנוצט מיט דער געלעגענחייט צו פרענען 
איהם, װאָס פאר א מיינונג ער האָט וועגען דרייפוס'ען (אין דעם 
קאמף פאר דרייפוס'ען האָט זשאָרעס געשפּילט א גרויסע ראָלע. 
עס זיינען געווען סאַציאליסטען, וועלכע האָבען זיך געהאלטען 
מיינדליך צו דרייפום'ען. וויינינסטענס, האָבען זיי ניט געוואלט 
אנטייל נעמען אין דעם קאמף פאר איהם. זשאָרעס אָבער אין 
געווען איינער פון יענע סאַציאליסטישע פיהרער, וואס זיינען 
אָפּען אַרױסגעטראָטען געגען די שונאים פון דרייפוס'ען און טע- 
טיג געארבייט, אז דיזער מארטירער זאָל באפרייט ווערען. אין 


2, ווען איך האָב באַזוכט זשאָרעס'ען, אין שוין דרייטוס 
לאַנג געווען פריי), 


--- דרייפוס איז א זעהר עהרליכער און סימפּאַטישער מענש, 
-- האָט ער געזאָגט. -- ער איז ניט קיין סאַציאליסט, ער אין 


68 בלעטער פון מיין לעבען 


אָבער א מאַן מיט א ברייטען בליק. מיר טרעפען זיך זעהר 
אָפט, און ער געפעלט מיר זעהר אלם מענש. װאָס אַנבאַטרעפט 
דעם קאַמף פאר איהם, האָבען מיר דאָך געהאט אזא פאָלשטענ- 
דיגען זיג. דאָס איז געווען א גרויסער זיג גענען דער פינס- 
טערער מאַכט פון די קלעריקאלען, א זינ פאר ליכט און פאָרט- 
שריט, 

איך האָב ניט געװאָלט אװעקפאָהרען פון פּאַריז, וואו איך 
װעל זיך ניט זעהן מיט דעם מאַרטירער אליין. אלזאָ, האָט זשאַי 
רעס מיר גענעבען א װאַרעמען בריף צו איהם. איך האָב דרי" 
פוס'ען באַזוכט מיט אַ פֹּאָר טעג שפּעטער. 


5 
איך באַזוך קאַפּיטאן דרייפוס. (דאן שוין א פּאָלקאָוװניק). 


איינער פון די שענסטע ווינקעלעך אין פּאריז איז דער גע- 
גענד ארום פּאַרק מאנסא, נלייך לעבען דיזען פּארק געפינט זיך 
א קורצינקע נעסעלע, רי לאזשעלבאק. און אין נומער פינף פון 
דיזער נעסעלע, בלויז עטליכע טריט פון דעם פּרעכטינען פּאַרק, 
האָט דאַן געוואוינט אַלפרעד דרייפוס, דער באַריהמטער מאַרטי" 
רער פון טייפעלס-אינזעל, דער געוועזענער קאַפּיטאן דרייפוס, פאר 
וועלכען עס האָט געבלוטעט יעדע אידישע הארץ און יעדע אמת 
מענשליכע הארץ, צי א אידישע, צי ניט קיין אידישע. 

אין דער צייט, ווען די צייטונגען פון דער גאנצער וועלט זיי- 
נען טאָנג-טעגליך געווען פול מיט דער דרייפוס געשיכטע, האָבען 
די לעזער באַקומען דעם איינדרוק, אז דרייפום באַלאַנגט צו איי- 
נער פון די רייכסטע אידישע פאַמיליעס אין פּאַריז. איך האָב, 
אלזאָ, ערװאַרטעט צו געפינען א הויז פון א מיליאָנער, און דיזע 
ערװואַרטונג איז נים פאַרווירקליכט געווארען. דרייפוס האָט גע- 
וואוינט װי א וואהלהאבענדער באַלעבאָס, אָבער ניט װי א מ- 
ליאָנער,. זיין דירה איז געווען אויפ'ן צוייטען עטאזש. 

די קאָרעספּאָנדענץ, וואס איך האָב דערנאָך געשריבען צום 
פּאָרווערטס? (זי איז ערשינען דעם 28טען יוני, 1912), האָט 
צווישען אַנדערעס ענטהאלטען דאָס פאָלגענדע: 


ווידער אין אייראָטאַ 09 


,די גאנץ יונגע לעזער פון , פאָרווערטס", די װאָס האָבען 
וועגען דער דרייפוס טראגעדיע בלויז געהערט, וועלען מיך אפשר 
ניט פארשטעהן. אָבער די, װאָס זיינען מיט דרייצען-פופצען 
יאָהר צוריק שוין געווען אימשטאַנד צו וויסען און פארשטעחן, 
װאָס עס טום זיך אויף דער ועלט, יענע ועלען זיך דייטליך 
פאָרשטעלען די מאָמענטען, װאָס איך האָב דורכגעלעבט יענעם 
מאָרגען אין פּאַריז, װען איך בין געפאָהרען זיך זעהן מיט 
דרייפוס'ען, 

,איך בין אַחין אָנגעקומען אביסעל צו פריה. האָב איך 
א האלבע שעה פֿאַרבראַכט אין דעם הערליכען דערבייאיגען מאנקא 
פּארק. עס אין געווען א שעהנער מאָרגען נאָך א רעגען. דער 
פּאַרק איז געווען אזוי וי אָנגעגאָסען מיט גאָלדענע זונען שטראַ- 
לען. די בוימער, די גראָז און די בלומען, באַפרישט פון דעם 
רעגען, האָבען געלאַסטשעט די אויגען מיט ווייכע קאָלירען. עס 
האָט געשמעקט מיט זומער, 

, פּונקט צעהן אוחר בין איך אריינגעקומען צו דרייפוס'ען, 
און ער האָט מיך זעהר פריינדליך אויפגענומען אין זיין קאַבי- 
נעט. 

,דער ערשטער בליק אויף איהם האָט מיך איבערראַשט. מיד 
זיינען אַלע צונעוואוינט צו יענע פּאָרטרעטען זיינע, וועלכע זיינען 
פאַטאָגראַפירט געווען מיט אַ יאהר 18 אָדער 20 צוריק, ווען ער 
איז נאָך געווען א יונגערמאן, -- דער מאַרטירער, קאַפּיטאן דריי- 
פוס. ער אין איצט שוין אינגאנצען גרוי, און דער אנבלִיק אין 
ניט שטאַרק ענליך צו דעם דרייפוס, װאָס איך האָב פריהער נע- 
האָט אין געדאנק. אין אַלנעמײן אָבער האָב איך באַלד דער- 
קענט אי די געזיכט, אי די פיגור. ‏ ער איז אַ דאַרליכער, נעטער, 
אַרומגעראַזירטער מאַן פון איבער 80 יאָהר, מיט קורץ-אַרומגע- 
שוירענע זילבער-גרויע חאָר און זילבער-גרויע װאָנצעס. קיין מי- 
ליטערישע קליידער טראָגט ער שוין ניט. ער איז דאָך שוין לאננג 
אַרױס פון דער דינסט, --- מיט אַ העכערען ראַנג, װי ער האָט 
געהאַט פריהער. 

,איך האָב פיפ מאָל געלעזען באַשרײיבונגען פון זיין פּער- 
זאָן, אין וועלכע ער איז פאָרנעשטעלט געווען אלס א קאַלטער 


70 בלעמער פון מיין לעבען 


מענש, װאָס רעדט נעצעהלטע ווערטער, און האַלט זיך אימער 
פאר זיך. די אַנטיסעמיטישע אָפיציערען האָבען געזאָגט, אז מיט 
זיין קאַלטקײיט און צוריקגעהאַלטענקײיט האָט ער זיי פון זיך אִפֿי 
געשטויסען. אז דאָס אַלְץ איז ניט אמת, איז געווען איינער פון 
די ערשטע פּערזענליכע איינדריקע, וואס איך האָב פון איהם בא" 
קומען,. ער האָט גערעדט ניט 'נעצעהלטע ווערטער', און געהאל- 
טען האָט ער זיך ניט װי א צוריקנעצוינענער, נאָר פּונקט פאַר- 
קערט. מיט אַן אַנגענעמען, במעט קינדערשען שמייכעל האָט ער 
גערעדט, און די ווערטער זיינען ביי איהם געגאנגען פריי, מיט אַ 
ווארימער לעבהאטטקייט, אֶהן א שפּור פון צוריקגעהאלטענקייט. 
ער האָט גערעדט מיט אינטערעס און ניט ווארטענדיג אויף פרא- 
נען, ער האָט אַליין פילע פראנען נעשטעלט וענען אַמעריקא, 
געמאכט פאַרשידענע באַמערקוננען, אביסע? צונעשפּאַסט, און אין 
אַלגעמיין געמאכט דעם איינדרוק פון אן אַנגענעמען מיטשפּרע- 
כער, וועלכער האָט ליב צו שמועסען און רעדט פון האַרצען, ניט 
מעסטענדיג און ניט וועגענדיג זיינע רייד. (אויב עס אין אמת, 
אז ער איז געווען צוריקגעהאלטען מיט יענע אָפיצירען, הייסט עס 
פּשוט, אז זיי האָבען זיך פאַרהאַלטען אַנטיסעמיטיש, פיינדליך 
צו איהם). 

,איך האָב איהם געפרעגט, אויב ער רעדט ענגליש, און ער 
האָט געענטפערט, אַז ער לעזט ענגליש לייכט, אָבער ריידען איןז 
איהם שווער. איך האָב נעפּרואװט זיך באַנעהן מיט מיין טרוי" 
ערינען פראַנצויזיש, אָבער מיט דעם האָבען מיר קיין גרויס 
פּאָרטשריט ניט געקענט מאכען. אלואָ, האָבען מיר ענדליך גע- 
מאַכט אַ פּשרה אויף דייטש --- א שפּראַך, וועלכע דרייפוס רעדט 
אויך ניט זעהר לייכט, אָבער דאָך צימליך פליסיג און גוט. מיין 
, פאַרדייטשמערישטען" ליטווישען אידיש ווידער האָט ער לייכט 
פארשטאַנען, אָפט פלענט ער אריינװאַרפען א פראנצויזישען 
װאָרט (,קעסטיאן", צום ביישפּיל, אנשטאָט פראגע). אָפט פלעג 
איך זיך באַנוצען מיט אן אַלנעמײין באקאנטען ענגלישען װאָרט. 
אָפט ווידער פלעג איך אַ װאָרט אויפשרייבען אויף פּאפּיר, און 
אַזױ האָבען סיר זיך פאַרשטאַנען פאָלשטענדינ. ‏ דער שמועס 
איז געגאנגען פלינקער, װי מיט זשאָרעס'ען. 


ווידער אין אייראָסאַ 14 


,אויף מיין פראגע, וואס ער מאַכט אין געזונט, האָט ער נע- 
זאָגט ; 

,-- זעהר גוט. איך בין איננאַנצען געזונט נעווארען. פון 
די סליאַדען װאָס זיינען אויף מיין קערפּער איבערגעבליבען פון 
יענע שרעקליכע יאהרען, בין איך שוין אינגאנצען אויסגעהיילט. 

,מיר האָבען גערעדט ווענען יענע שרעקליכע יאָהרען,. איך 
האָב איהם פאָרגעשטעלט, מיט װאָס פאר א קלאפּענדער הארץ 
יעדער לעזער פון , פאָרווערטס" און פילע מיליאַנען אנדערע איינ- 
וואוינער פון אמעריקא האָבען דאן ווענען דער נעשיכטע געלייענט 
אין די צייטוננען, װי מיר האָבען געליטען זיינע ליידען. אויף 
דעם האָט ער געענטפערט אביסע? פארשעמט : 

{--- דאָס איז מיר, נאַטירליך, אימער אננענעהם צו הערען, 
עס איז דאָך אָבער ניט געווען מיין פּערזענליכע זאך. איך, אלס 
פּערזאָן, בין דאָך בלויז געווען א צופאל. די גאַנצע דראמע איז 
געווען אן אלגעמיין נעזעלשאַפטליכע, און אונזער זיג האָט נע- 
בראכט גרויסע נוצען. די פרוכט פון דעם קאמף איז באַשטאַנען 
אין דעם, וואס די רענירונג פון פראנקרייך אין אָפּנעטײלט נע- 
װאָרען פון דער קירכע. די פּראַנצויזישע רענירונג האָט זיך 
ענדליך אָפּנעזונדערט פון דעם קאַטאָליציום, אלס אן אפיציעלע 
שוועסטער מאַכט. דאָס אין אן ערפרעהענדער, וויכטיגער פאך- 
ווערטס שריט, און דאָס אין דער רעזולטאַט פון יענעם שרעסק- 
ליכען קאַמף אונזערען, 

,--- אוֹן װי איז מיט דעם פראַנצויזישען אנטיסעמיטיזם 
היינט ? -- האָב איך געפרעגט, 


{;--- אין אנדערע לענדער איז עס יעדענפאלס פיל ערנער, 
-- האָט ער געענטפערט, -- כל זמן פראנקרייך אין א רעפוב- 
ליק, קען דער אנטיסעמיטיזם דאָ ווייט ניט געהן. ועמען אַרט 
דאָס וואס די אַריסטאָקראטיע ווייכט פון אידען? איך האָב מיט 
די ,הויכע חברח", מיט די 'פיר הונדערט,, װי מען רופט דאָס 
ביי אייך אין ניו יארק, קיין מאָל ניט געזוכט זיך צו חבר'ן... איך 
דארף זיי ניט און זיי אינטערעסירען מיך ניט. און ווייטער, זיי- 
נען דאָך אין פראנקרייך פאראן גענוג אַרענטליכע מענשען, וואס 


79 בלעמער פון מיין לעבען 


זיינען גרייט צו קעמפען פאַר נערעכבטינקייט און אנשטענדינסייט. 
און דיזער צד האָט געזינט. 

,איך האָב געגעבען אָנצוהערעניש אויף די אונאנגענעהמ- 
ליבקייטען, וואס אַנטיסעמיטען האָבען א פֹּאֶר מאָל איהם פאר- 
שאַפט אוים'ן נאס, װע: ער איז שוין געוען פריי. אוֹיף דעם 
האָט ער געזאָנט: 

;--- אַ, דאָס אין שוין אויך לאַנג פאָראיבער! קיינער 
שטערט מיר מעהר ניט. איך זעה מעהר ניט דעם קלענסטען 
סימן פון אן אונאַננענעמען נעפיהל?. איך געה אומעטום, באַוייז 
זיך אומעטום, וי יעדער אַנדערער בירגער, ניין, קיינע אונאנ- 
גענעמליכקייטען זיינען מעהר ניטאָ. | 

,דער געשפּרעך האָט אָנגערירט די געשיכטע מיט אַנרי 
בערנשטיין'ען, דעם בארימטען פראנצויזישען דראמען-שרייבער, 
גענען וועלכען אַנטיסעמיטישע מאַסען האָבען מיט אַ געוויסער 
צייט צוריק געמאכט אונרוהען אין טעאַטער. דרייפוס האָט דער- 
ביי באַמערקט : 

,--- װאָס קען זיין נאַטירליכער ? בערנשטיין האָט טאַלאַנט, 
און ער אין אַ איד. אלזאָ, פאַרנינט מען איהם ניט. דאָס 
געהט אָבער אלץ אויף די ערגערע עלעמענטען, און זיי זיינען 
ניט דער נאנצער פראנצויזישער פאָלָק. זיי האָבען קיין איינפלוס 
ניט,. די אויפגעקלערטע עלעמענטען פון פראנקרייך קוקען אויף 
זיי מיט פאַראַכטונג. | 

, וועגען זשאָרעס'ען האָט ער נערעדט מיט נרויס רעספּעקט 
און ליבע, 

,--- ער איז א מאַן מיט טיפע סימפּאַטיען, אן אמת נאַ- 
בעלער און אינטערעסאנטער מענש, אלס פּערזאָן, אַזױ גוט וי 
אַלס פּאַרלאַמענט פיהרער, --- האָט ער געזאַנט, 

,איך האָב גערעדט וועגען זיין (דרייפוס'עס) בוך, אין וועל- 
כען ער באַשרייבט זיינע יסורים אויפ'ן טייפעלס-אינזע? און 
וועלכען איך האָב געלעזען אין אן עננלישער איבערזעצוננ. 

,--- דאָרטען ווערט אָכער כאַשריבען בלויז א קליינער טייל 
פון דער געשיכטע. עס איז נאָך פאַראן מאטעריא? אויף עטליכע 
ביכער אזעלבע, 





אַלפרעד דרייפוס 


ווידער אין אייראָמאַ 18 


,.--- שרייבט איהר דאָס? --- האָב איך געפרענט, 

?--- יא, -- האָט דרייפוס געענטפערט, --- אָבער ניט גלייך 
צום דרוקען. דאָס װעט פארעפענטליכט ווערען ערשט נאָך מיין 
טויט. 

,דיזע ליטעראַרישע אַרבייט זיינע פאַרנעמט אַ היבשען טייפ 
פון זיין ציים. דאָס אין אָבער ניט אַלעס, וואס ער טוט,. ער 
באַשעפטיגט זיך מיט אַנדערער נייסטיגער ארבייט אויך. ער 
לעזט א סך און שרייבט א סך. וי באקאנט, האָט ער, אלם 
אַרטילעריע אפיציער, זיך אויסגעצייכענט אלס פעהינער מאַ- 
טעמאַטיקער. אלזאָ, באַשעפטינט ער זיך, צווישען אנדערע זא- 
כען, מסתמא מיט מאַטעמאטיק. אזוי וועניגסטענס איז מיין 
איינדרוק, 


,מיט א יאחר דרייצען צוריק, ווען עס האָט געקאָכט מיט זיין 
טראנישער געשיכטע, און אלץ, וואס אין נונע זיין פאַמיליע, 
האָט אַלעמען אינטערעסירט, אין פיל געשריבען געווארען וועגען 
זיין פרוי און זיינע צוויי קינדער, א אינגעלע און א מיירעלע. 
די קינדער זיינען דאן נאָך געווען צו קליין צו פארשטעהן, וואס 
מיט זייער אונגליקליכען פאָטער טוט זיך. אלזאָ, װען ער איז 
געווען אויפ'ן טייפעלס-אינזעל אָדער אין די מיליטערישע פעס- 
טונגען, האָט די מוטער זיי געזאָגט, אז זייער פאָטער איז אוועק- 
געפאהרען ערגעץ-וואו. מיט בלוטענדע הערצער פלעגט מען דאָס 
אַלץ דאן לעזען. איצט, ריידענדיג מיט דרייפוס'ן, האָב איך 
געפרעגט, װאָס מאַכט זיין זוהן (איך האָב געװאָלט פרענען 
וועגען דער טאָכטער אויך, עס האָט זיך אָבער אַרױסגערערט 
בלויז דער װאָרט , זוהן"). 

!=-- אַ, ער איז שוין איין-און-צוואנציג יֹאֶהר אַלָּט, -- 
האָט דרייפוס געענטפערט מיט אַ באַזונדערען בליסטש אין 
זיינע אויגען, -- ער ענדיגט שוין שטודירען. 

,דערביי האָט ער געעפענט אַ טיש-קעסטע? פון זיין שרייב- 
טיש, און ארויסנעמענדיג זיינעם (דעם פאָטער'ס) א פאַטאָנראַ- 
פישע בילד, האָט ער געזאָגט מיט ליבע : 


;=-- ער ההאָט דאָס מיך פאָטאָגראַפירט. ער נעמט נוטע 


74 בלעטער פון מוון לעבען 


בילדער מיט זיין קאמערא. דאָס איז איינע פון זיינע באַליבט- 
סטע צייט-פאַרטרייבען. 


,איך האָב דאָס בילד געבעטען אלס אָנדענקען, און ער האָט 
מיט אַ פריינדליכען שמייכעל אויפנעשריבען אויפ'ן בילד זיין 
נאָמען און מיר די פּיקטשור געגעבען. 


,ווען עס איז געקומען צו רייד וועגען רוסלאַנד און דעם 
רעװאָלוציאָנערען קאמף, האָט דרייפוס ארויסנעוויזען א באַ- 
קאַנטשאַפט מיט דער טעטינקייט פון אידישע רעװאָלוציאָנערען, 
און װי עס האָט אויסנעזעהן, איז ער געווען שטאָלץ מיט דעם, 
װאָס אידען האָבען אַרױסגעויזען אַזױ פיל העלדישקייט אין דער 
באַפרייאונגס-באוועגונג, 

, מיר האָבען אויך גערעדט ווענען רוזוועלט'ען, דעם וואוקס 
פון די טראָסטס און דער גרויסער ענדערונג, וואס איז ארוים- 
געקומען אין דעם עקאָנאָמישען און, דורך דעם, אין דעם פּאֲלֵי- 
טישען לעבען פון אַמעריקא,. דרייפוס איזן מיט דעם אלעמען 
באקאנט,. אמעריקא אינטערעסירט איהם איבערהויפּט,. אויך װע- 
גען דער אידישער באַפעלקערוננ פון אמעריקא, וענען ,פאָר- 
ווערטס", און אַנדערע ענינים האָבען מיר גערעדט, 

,נאָהענט פון צוויי שטונדען האָבען מיר אין דיזען גע- 
שפּרעך פארבראכט." 


6 
אברהם פרומקין. -- אַ פֿאָרטראת. 


איך בין אוועקנענאננען מיט גנליק אין האַרצען. איך האָב 
זיך געזעהן מיט דרייפוס'ען ! דאָס איז פאַר מיר געווען וי אַ 
גרויספער אומדערװואַרטעטער געווינס. מיט יאָהרען צוריק, ווען 
מען האָט איהם, אַן אומשולדיגען, געמאַטערט אויפ'ן טייפעלס- 
אינזעל, פלעג איך אָפט טראַכטען וועגען איהם. אין מיין גע- 
דאַנק האָט איצט אויפנעלעבט יענער שבת בײטאָג, ווען איך 
האָב מיט אומנעדולד נעװאַרט אויף דעם שלוס פון זיין צווייטען 
משפּט, אין דער פראַנצויזישער שטאָדט רען; װי עס אין אָנ- 
געקומען דער אומגינסטיגער רעזולטאַט, און אַ געפיה? פון שאַר- 


ווידער אין אייראָסאַ 18 


פען אננסט און הילפלאָזען צאָרן האָט מיר מיין הארץ געריסען 
(זעה פערטען באַנד, פּיידזש 131-129). ווען מען װאָלט מיר דאן 
געזאָגט, אז איך על זיך טרעפען מיט'ן קרבן פון יענער וועלט- 
באַריהמטער אינטרינע, װאָלט איך די פאָראויסזאָנונג אויפגענומען 
מיט אַן אונבאַשרייבליכער פרייד,. איצט, אַלזאָ, האָב איך זיך 
מיט איהם געזעהן ! 

איך געדענק, װי א פֹּאָר מינוטען שפּעטער, פאָהרענדיג אין 
אַ טעקסי צוריק צו מיין האָטעל, האָב איך זיך נעקלערט: דאָס 
איז דאָך אָבער ניט יענער דרייפוס! אין מיין באַוואוסטזיין איז 
געווען איינגעװאָרצעלט אַ דרייפוס, וועלכער ווערט נעמאַטערט 
אויפ'ן טייפעלס-אינזע?, אָדער וועלכען מען האַלט א באַװאַכטען 
מיט פאַלדאטען ביים געריכט, ארומנעריננעלט מיט בלוטינע 
שונאים, װאָס פאָדערען זיין פארניכטוננ. דער דרייפוס, וועלכען 
איך האָב דאָ מיט עטליכע מינוט צוריק באזוכט, אין דאָך נאָר 
א פרייער מענש,. איך האָב איהם נעזעהן, אָבער ניט הינטער 
די נראטעס פון א וייטער פעסטוננ, אדער ביים מיליטערישען 
געריכט,. ביי איהם אין שטוב האָב איך דאָך איהם געזעהן, 
אָם דאָ אין פּאַרין לעבען דעם פארק מאנסא, א רוהינען, א 
געמיטליכען, א פריינדליכען און א גרויען! ניין, עס אין ניט 
דער דרייפוס, וואס איך פלענ זיך פאָרשטעלען, 

מיין הארץ איז געווען פול מיט פרייד, וואס ער אין פריי, 
און וואס זיין נהינום איז שוין פאָריבער איך האָב געפּרואװט 
צוזאמענפּאָרען דעם איצטינען דרייפוס מיט יענעם.. 

אין פּאַריז האָט דאַן געוואוינט אברהם פרומקין, אונזער 
פריהערדינער מיטאַרבײיטער אין דער רעדאַקציע (זעה פערטען 
באַנד, פּיידזש 2/1, און פּאָרטרעט ביי פּיידזש 410), וועלכער 
האָט איצט נעשיקט קיין אמעריקא קאָרעספּאַנדענצען פון פּאַריז. 
האָט אַ אידישע נרופּע, פון וועלכער ער איןז געווען א סמיטגליך, 
מיך איינגעלאדען צו האלטען א פאַרטראג וועגען אמעריקא דאס 
איז געווען די ערשטע פארזאמלונג, װאָס איך האָב אַדרעסירט 
אין פּאַריז, זינט 1891 (זעה דריטען באַנד, פּיידזש 128). דיזען 
מאָל איזן מיין רעדע געהאלטען געווארען אונטער אנדערע אומ- 
שטענדען. אין פּאריז האָבען זיך דאן געפונען מעהר אידישע 


6 | בלעטער פון מיין לעבען 


אימינראנטען, דער זאָל איז געווען א גרעסערער און א בע- 
פערער, דער עולם אויך אַ גרעסערער און מיין רעדע א געראָ- 
טענערע, 

צווישען די פראַנע-שטעלער, נאָך דעם פאָרטראנ, אין גע- 
ווען א יונגערמאן אַן אַנאַרכיסט, וועלכער האָט מיט פעפער- 
דינע ווערטער קריטיקירט דעם ,פאָרווערטס". איך האָב איהם 
געענטפערט אין דעם זעלבען טאָן, אָבער פון פּאַרלשַמענטאַרישען 
דרך ארץ האָט זיך קיינער ניט אַראָפּנעגליטשט. 

פון די רוסישע רעװאָלוציאָנערען, מיט װעמען איך בין 
אין פּאַריז באַקאַנט געװאָרען מיט 19 און מיט 21 יאָהר צוריק, 
האָב איך אויסער בורצעוו'ען און אַנטאָן גנאַטאָווסקי'ן קיינעם ניט 
געפונען. רובאנאָוויטש האָט געוואוינט אין פראַנקרייך (זעה 
דריטען באַנד, פּיידזשעס 180-149 און 174 און 178), ער האָט 
אָבער דאַן זיך געפונען ערגעץ אנדערש. 

דער באריהמטער פּעטער לאוװראָוו אין שוין געווען טוים, 
און די הויכע פיגור פון דעם גרייז-נרויען געלעהרטען מיט דעם 
איינדרוקספולען פּנים האָט מיר שטאַרק געפעהלט. די רוסישע 
קאַלאָניע אֶהן איהם איז ביי מיר געווען װי האַמלעט אִהן דעם 
דענישען פּרינץ (זעה דריטען באנד, פּיידזשעס 138, 158 און 
2). 


7 
ווידער אין דעם לואוור מוזעאום. 


מיט דעם לואוור מוזעאום בין איך שוין נגעווען באקאנט 
פון די פריהערדינע צוויי מאָל, וואס איך האָב באַזוכט פּאריז. 
דאָך בין איך דעם באַריהמטען מוזעאום דורבגענאַנגען נאָך אַמאָל, 
איצט האָב איך אין איהם געפונען א סורפּריז. איינער פון זיינע 
קלענערע צימערען איז געווען פארנומען מיט זילבערנע כלים, 
וועלכע מען האָט אויסגעגראבען פון פּאָמפּעי, די רוימישע 
שטאָדט, װאָס איז נאָהענט פון צוויי טויזענד יאֶהר געלעגען 
אונטער דער ערד, פארשאָטען מיט אש און לאַװאַ פון דעם דער- 
בייאינען וואולקאַן וועזואוויוס. סיט ניינצען יאָהר צוֹריק, ווען 
איך בין געווען אין לואוור, איז דאָס דארטען נאָך ניט געווען. 


ווידער אין אייראָצאַ | 77 


די אַלטע זילבערנע כלים האָט באראָן ראָטשילד אפּנעקויפט, 
און ער האָט דאָס זיי דעם מוזעאום אַװעקגעשאָנקען,. זיי זיי- 
נען אַלע קינסטלעריש אויסגעארבייט. קיין שענערע זילבערנע 
זאכען װאָלט מען היינט אבסאָלוט ניט נעקענט שאפען. דארטען 
געפינען זיך לעפעל, בעכערס, וואזען, שיסלען, שיסעלעך, אֹלץ 
באַפּוצט מיט אלערליי פיגורען פון בלומען, פוינלען, מענשליכע 
געשטאלטען, א, ז, װו, זיי פארנעמען אַ גרויסען נלעזערנעם 
שאכטעל. 

פּאָמפּעי האָט מיך אימער אינטערעסירט,. נאָך זייענדינ 
אין דעם ווילנער לעהרער אינסטיטוט, האָב איך אַמאָל געלעזען 
איינצעלהייטען ווענען דיזער אלטער שטאָדט, וי זי איז פארשאַ- 
טען נעווארען אין די צייטען, ווען עס אין חרוב געווארען 
ירושלים, און װי מיט א זיבעצען אָדער אכצען החונדערט יאהר 
שפּעטער האָט מען איהר דורך א צופא? געפונען און אויסנעגרא- 
בען. די באַשרײיבוננ האָט אויף מיר געמאכט אַן אומגעהויערען 
איינדרוק, און איך האָב אימער געטרוימט ווענען פאָהרען אין 
איטאַליען, הויפּטזעכליך צוליב צויי זאכען: צו זעהן דעם 
מאָנומענט, וואס מען האָט אין רוים געשטעלט טיטוס'ען א 
קורצע צייט נאָך זיין טויט, און צו זעהן פּאָמפּעי. פאַהרען 
אין איטאַליען האָב איך איצט, אין 1912, ניט געקענט. אלא, 
איז דער שאכטעל מיט די זילבערנע כלים פאר מיר געװען א 
זעהר אנגענעמע איבערראשונג. 

יאין דעם זעלבען לואוור צימער איז אויך פאראן א שאכטעל 
מיט נאָלדענע קייטען, אויך פון פּאָמפּעי. (דאָס האָט געשאָנקען 
אן אַנדערער). אין סך הכ? איז דאָס איינע פון די וויכטינסטע 
קאָלעקשאָנס, וואס אירגענד וועלכער מוזעאום פארמאָגט. 

איך האָב אין יענעם צימער פארבראכט א פּאֶר שטונדען. 
ווען איך בין ארויס פון דאָרטען, איז דעו דורשט צו באזוכען 
פּאָמפּעי געווען ביי מיר שטארקער וי אימער, 

אַ טשיקאווע ערפאהרונג האָב איך נעהאט אין דעם באזונ- 
דערען צימערעל? פון לואוור, וואו עס געפֿינט זיך די סטאַטוע 
ווענוס פון מילא. עס האָט מיט מיר פוֹן דאָס ניי פּאַסירט דאָס, 
וואס איך האָב דאָ דורכנעמאכט, ווען איך האָב די וואונדער- 


78 בלעמער פון מיין לעבען 


באַרע סטאַטוע געזעהן דעם ערשטען מאָל אין יאהר 1891 (זעה 
דריטען באנד, פּיידזש 140). 

ווען איך בין אריינגעקומען, בין איך צוערשט וידער ענ- 
טוישט נגעווארען. מיר האָט זיך נעדוכט, אז פילייכט האָב איך 
די שעהנהייט פון דיזער מירמעלשטיינערנער נעטין איבערטריבען, 
זיך געלאָזען איינריידען,. אזוי בין איך געשטאַנען אייניגע מינו- 
טען, דער צויבער איז אָבער געוואקסען. איך האָב ווידער דערשפּירט 
די אומבאשרייבליכע פּראכט, וואס דיזע קונסטווערק האָט אין 
זיך. איך האָב דערפיהלט די רעליגיעזע שטימונג, אין וועלכער 
עס האָט זיך געפונען דער פארצייטינער גריכישער סקולפּטאָר, 
וועלכער האָט איהר נעשאפען, און די גריכען, וואס האָבען איהר 
באקוקט. 


8 
שטומגארט. -- דאָס דייטשע מיליטער. -- אַ װידערשפּרוך. 


פון פּאַריז זיינען מיר געפאָהרען קיין וויען, וואו איך האָב 
זיך געדארפט זעהן מיט דאָקטוירים. קיין איילעניש אין אָבער 
ניט געווען, האָבען מיר אויפ'ן ועג זיך אָפּגעשטעלט אין עט- 
ליכע אינטערעסאנטע שטעדט. איך האָב וענען זיי דערנאָך נע- 
שריבען אין , פאָרווערטס", און ס'איז נאָך ביי מיר איבערגעבליבען 
א ביבעל מיט נאָטיצען, וואס זיינען ניט אויסגענוצט געווארען. 
דאָ װויל איך בלויז איבערגעבען א פֹּאָר איינדרוקען פון דיזען טייל 
פון מיין רייזע. 

שטוטגאַרט איז אַן אננענעהמע שעהנע באַרגינע שטאָדט. 
דער וואקזאל האָט זיך געפונען אין רעכטען מיטען, אין דעם 
שענסטען און לעבעדינסטען טייל,*) פון דארטען האָב איך אלזא 
אָנגעפאנגען מיין באקאנטשאפט מיט דער שטאָדט. א שעהנער 
פארק מיט א ריזינען מאַנומענט צו קייזער ווילהעלם דעם ערש- 
טען (דער זיידע פון ווילהעלם דעם צוייטען, וועלכער האָט מיט 
זעקס יאָהר שפּעטער פאַרלאָרען זיין טראָן), דער מאָנומענט 


*) זונט דאן האָט מען אויסגעבויט א נויעם וואקואל, ניט ווייט פון 
דעם אלטען. 


ווידער אין אייראָפאַ 9 


שטעלט פאָר דעם אלטען קייזער רייטענדינ ‏ ער איז געװען אין 
גאנצען באנולדט. דער רייטער און דער פערד האָבען אָבער אויס- 
נעזעהן װי לעבעדינע. 

פון איין זייט פארק נעפמינט זיך דער קענינליכער פאלאץ. 
(שטוטנארט איז די הויפּט שטאָדט פון דער דייטשער קעניג- 
רייך ווירטעמבערנ, וועלכע אין אַ טייל פון דער דייטשער אימ- 
פּעריע, דאָס הייסט, פון אלֶע דייטשע מלונות, וועלכע זיינען 
פאראייניגם נעווארען אין 1870. וילהעלם אין געווען דער 
ערשטער קייזער פון דער אימפּעריע, אָבער יעדע פון דיזע 
מלוכות איז צו דערזעלבער צייט פארבליבען ביי איהר קענינ 
אָדער הערצאָג),. דער פּאַלאַץ, אין דער פאָרמע פון דעם בוב" 
שטאַב ,ח", איז פון דרויסען געווען באַװאַכט פון צויי סאָל- 
דאַטען מיט ביקפען אויף די שולטערען און מיט הויכע פ|- 
טערנע היטלען אויף די קעפּ. (היינט, ווען עס איז שוין מעהר 
ניטאָ קיין קעניג, ווערט דער פּאַלאַץ נגעברויכט פאר א געזעל- 
שאַפטליכען צוועק.) : 

פון דער אַנדערער זייט פּאַרק געהט א לאַננער צייל הויכע 
זיילען, און הינטער זיי אַ ציי? פון די שעהנסטע קראָמען מיט 
דעם רייכסטען קאַפע אין שטאָדט. אַהער זיינען דאמען געקומען 
קוקען אויף די שעהנע זאַכען, װאָס זיינען געווען אויסגעלענט 
אין די פענסטער, און אויף די נעזונטע, שטאַלצע, גלענצענך- 
מונדירטע אָפיצירען, װאָס האָבען דאָ ארומנעשפּאַצירט... אִפי- 
צירען, וואו איהר האָט זיך נאָר גענעבען אַ קעהר; סאלידיגע- 
בויטע, ברייט-פּלײיצינע, הויך-געוויקסיגע יונקערס... עפּאָלעטען, 
קאָלנערם, לאמפּאַסען פון פאַרשײדענע העלע קאָלירען,.. אין דעם 
גלאַנץ פון די באנולדטע אָדער באניקעלטע קנעפּ האָט זיך גע- 
שפּינעלט די נרויזאַמע מאַכט פון דער דייטשער אַרמיי, װאָס איז 
דאַן געווען די גרעסטע מיליטער-מאכט אין דער וועלט, 

מיט נאוה האָבען די אָפיצירען דאָ געשפּרײזט, קאָקעטע- 
ווענדיג מיט זייערע ווייסע הענדשקעס און קאַקעטיש קליננענ- 
דיג מיט זייערע זילבערנע שפּאָרען. 

דער גרויסער קאַפע געפינט זיך הינטער די זיילען. טיש- 
לאך פון אינוועניג און פון דרויסען, און ארום זיי אָפיצירען אָדער 


0 בלעטער פון מיין לעבען 


גוט-געקליידטע ציווילנע,. האַרט ביי דעם טראָטואַר האָבען זיך 
פאַרבײיגעטראָגען אױטאָמאָבילען, ווידער מיט אָפיצירען אָדער 
מיט וואוילהאַבענדע ציווילע בירגער. 


אין שטוטנאַרט האָט זיך אין יענע יאָהרען געדרוקט דער 
וויסענשאפטליכער סאַציאַליסטישער זשורנאַל ,די נייע צייט/, 
דאָ איז געווען די היים פון דעם דיץ-פאַרלאַג, וועלכער האָט דעם 
דאָזיגען זשורנאַל ארויסנעגעבען, און וועלכער האָט אויך נע- 
דרוקט צענדלינער סאַציאַליסטישע ביכער אונטער דעם אַלגע- 
מיינעם נאָמען , אינטערנאַציאָנאַלע ביבליאָטעק" (זעה דריטען 
באַנד, זייט 300). איך האָב דעם פּלאַץ באזוכט און געשמועסט 
מיט די באאַמטע. דיץ איז דאַן ניט געווען אין דער היים. 

איך האָב נעמאַכט א שפּאַציר דורך דער שטאָדט. עטליכע 
מינוט נאַנג פון דעם צענטער האָט זיך אָנגעפאַנגען דער אַרבי- 
טער-קווארטאל, ער האָט זיך געצויגען גאנץ וייט. עס האָט 
זיך געמערקט אִהן אַ שיעור ארימקייט, אָבער אַלץ האָט אויסגע- 
זעהן ציכטיג, אויפ'ן דייטשען שטיינער. 

שטוטנאַרט האָט שוין דאַן געהאַט אַ סאָציאַליסטישע ציי- 
טונג, ,די שוואבישע טאַגװאַכט", און איהר רעדאַקציע אין גע- 
שטאַנען אין דער טיפעניש פון די אַרבײיטער-קווארטאלען. איך 
בין אַהין צונעפאָהרען אױיף אַן עלעקטרישען טראמויי. איך 
האָב געהאט אַ נעשפּרעך מיט'ן רעדאַקטאָר, גענאָסע פלינער, 
אַ מאן מיט א גרויסער שװאַרצער באָרד אוֹן אינטערעסאַנטע 
גרויסע אוינען, ער האָט אויסנעזעהן וי אַן אַראַבער אָדער אַ 
איד. ווען איך האָב זיך צו איהם אָבער צונעקוקט, האָב איך 
געזעהן, אַז ער אין אַן עכטער דייטש. סיר האָבען גערעדט 
ווענען דער באווענונג אין רייטשלאַנד און אין אַמעריקא. גע- 
נאָסע פלינער האָט מיך פאָרגעשטעלט פאַר די מיטאַרבייטער און 
געוויזען די פארשיידענע אָפּטײלונגען. די צוריכטונגען און די 
מאַשינען זיינען געווען פון די נייעסטע. 

די ארבייטער פון שטוטנאַרט (און פון נאַנץ דייטשלאַנד) 
זיינען שוין דאַן געווען נוט אֶרנאַניזירט אין יוניאָנס, און די 
יוניאָנס זיינען איבעראל אין דייטשלאַנד גענאַנגען האַנט אין 


ווידער אין אייראָפּאַ 4 81 


האַנט מיט דער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ. ‏ די באפעלקערונג האָט 
ערוועהלט איין רייכסטאג-דעפּוטאַט, און ער איז געװען א סאָ- 
צואַלרדעמאָקראַט (זיין נאָמען איז געווען קארל הילדעבראנט), 
די ,שוועבישע טאַגװאַכט' האָט דאַן געהאט אן אויפלאנע פון 
8 טויזענט, אַ גרויסע צאָה? פאַר אַזאַ שטאָדט װי שטוטנארט, 

ווען איך בין געקומען צוריק פון די אַרבײטער-קװאַרטאַלען, 
אויפ'ן ועג צו דעם האָטעל, וואו מיר זיינען איינגעשטאַנען, האָב 
איך ביי אַ שטונדע פארבראכט אין דעם גרויסען קאַפע הינטער 
די זיילען. דער פּלאַץ איז געווען פו? מיט גוט-געקליידטע קונ- 
דען, אָפּיצירען און ציווילנע. וי דער שטיינער אין אין אייראָ- 
פּעאישע קאַפעען, האַלט מען דאָרטען כמעט אַלע צייטוננען פון 
לאַנד. האָב איך ביי דעם אויבער-קעלנער געבעטען דעם לעצטען 
נומער פון דער , שוועבישע טאַגװאַכט?,. ער האָט מיר צונע- 
טראָגען אַן אַנדער צייטונג, ניט קיין סאַציאַליסטישע,. , די שווע- 
בישע טאַגװאַכט", -- האָט ער געזאָגט, -- , איז ליידער ניטאָ?, 
איינינע מינוטען שפּעטער האָב איך זיך געווענדט צו אַן אונטער- 
קעלנער, און ער האָט מיר געבראכט, װאָס איך האָב געפאָדערט, 
דערביי האָט ער זיך ארומגעקוקט, צי זעהט מען ניט, װאָס פאר אַ 
צייטונג ער דערלאַנגט מיר. ער האָט מיר ערקלערט, אַז אין 
דיזען קאַפע זיינען סאַציאַליסטישע צייטוננען טריפה, אַז ער 
אַליין איז א מיטנליד פון דער סאַציאַליסטישער פּאַרטײ, און אַז 
די צייטונג, װאָס ער האָט מיר נענעבען, איז זיין אייגענע, 

--- אין אַזאַ פּלאַץ, װוי דיזער, איז צו זיין אַ סאַציאַל-דעמאָ- 
קראָט ניט קיין יחוס, --- האָט ער מיר אייננגעראמט אַ סוד מיט 
אַ שמייכעל. --- מיר הערען זיי אָבער וי דעם קאָטער, 

אין מיין נאָטיץ-ביכעל געפינען זיך וענען דיזער ערפאַה- 
רונג מיינע עטליכע שורות געשריבען מיט פאַרקירצטע ווערטער. 
דער געדאַנק, װאָס ווערט דאָרטען אַנגעדייטעט, באשטעהט אין 
פאָלנענדען : יי 

די שטאָדט ערוועהלט אַ סאַציאַליסטישען פאָרשטעהער צום 
רייכסטאַג פון דער דייטשער אימפּעריע. אין רייכסטאנ איז 
שטוטנאַרט אַ סאַציאַליסטישע שטאָדט, אַ שטאָדט וואו ביי די 
ואַהלען האָט אַן אויפנעקלערטער אַרבייטער-עולם די אויבער- 


89 שֹׂ בלעמער פֿון מיין לעבען 


האנט. דער גרויסער עולם איז סאַציאַליסטיש. געשטימט. וען 
מען קוקט אָבער אויף די אֶפיצירען מיט די ציווילע פראַנטען, 
װאָס זיצען דאָ אין דעם רייכען קאפע, אָדער אױף די װאָס 
פראַנטעווען דאָרטען הינטער די זיילען, און אויף יענעם גילדע- 
נעם מאָנומענט פון קייזער ווילהעלם, קומט אויס, אַז ז י י 
זיינען נאָר שטוטנאַרט װאָס פאר אַ ידערשפּרוך! 

פון דער שטונדע, װאָס איך האָב פארבראַכט אין דעם קאַפע, 
זיינען אין מיין זכרון אויך פאַרבליבען צוויי אָפיצירען, וי זיי 
זיצען און שפּילען שאך. איינער, אַן עלטערער, איזן ביי דעם 
שאַך-ברעט נעזעסען װי אַ מארמאָרנע פינור, דער אויסדרוק פון 
זעלבסט-ווערדע. ער איז מיר געווען קאָמיש און אָפּשטױסענד, 
איך האָב באקוקט זיין פּנים, און צו מיין מאַרדרוס איז דאָס 
געווען אַן אינטערעסאַנטער און זעהר אינטעלינענטער פּנים. 
זיין פּאַרטנער איז געווען אַ דאָרער יוננער מאַן מיט צו ברייטע 
פּלייצעס און נערוועזע אוינען. מיר האָט זיך געדאַכט, אַז ער 
ניט זיך מיה צו זיצען רוהיג און קען ניט, 


9 
היידעלבערג, דרעזדען 


היידעלבערג האָט דעם וויכטינסטען און עלטסטען אוניווער- 
זיטעט אין דייטשלאַנד, זי איז איבערהויפּט איינע פון די עלט- 
סטע שטעדט אין לאַנד. מיר האָבען דאָרטען אָבער נעדענקט 
פאַרברענגען בלויז עטליכע שטונדען, דורכנעהן איהר טשיקאַוען 
פאַרצייטינען שלאָס, און פאָהרען ווייטער. 


פאהרענדיג אויפ'ן וועג קיין דרעזדען, האָב איך געהאַט אין 
זינען, אַז דאָרטען געפינט זיך ראפאַעל'ס סיקסטינער מאדאָנא, 
וועלכע פילע באטראכטען פאַר זיין וואונדערליכסטע קונסט-ווערק. 
דעם גאנצען לעבען האָב איך וועגען איהר געהערט,. איצט, אַלזאָ, 
װועל איך איהר זעהן. 

ווען מיר זיינען שוין געווען אין דרעזדען און געזעהן די 
סיקסטינער מאַדאָנא אין דער דאָרטיגער בילדער-גאלעריע, בין איך 
געווען ענטוישט. איך האָב געזעהן ראַפּאַעל'ס קונסט-ווערק אין 


ווידער אין איוראָמאַ 8 


דער לאָנדאָנער נעשאָנאל נאַלערי און אין דעם פֿאַריזער לואוור, 
און איינינע פון זיי האָבען אויף מיר ווירקליך געמאַכט א שטאַר- 
קען איינדרוק. די סיקסטינער מאַדאָנא אָבער האָט מיך ניט 
גענומען. סיר זיינען דאָרטען פאַרבליבען אַ היבשע צייט. דער 
איינדרוק איז אָבער גינסטיגער ניט געװאָרען. 


אין דרעזדען האָב איך צום ערשטען מאָל געזעהן אַ צעפּעלין 
,דירידזשיבעל" (אַ פליה-באַלון, װאָס מען קאָן קירעווען וי א 
שִיה). ער האָט געהאַָט די פאָרמע פון אַ ריזינען סינאַר, און ער 
איז געהאַנגען גאנץ נידעריג. ‏ עס האָט זיך גערוכט, אַז מען קען 
איהם מיט דער האַנט דערגרייכען, 

אין דעם האָטעל, וואו מיר זיינען איינגעשטאַנען, האָב איך 
באמערקט, אַן כמעט אַלע באאַמטע רעדען גוט ענגליש. פון גע- 
שפּרעכען מיט זיי האָב איך זיך דערוואוסט, אַז אַזעלכע קלייבט 
מען אויס ספּעציעל, האָבענדיג אין זינען די אַמעריקאַנער רייזענ- 
דע, און אַז צוויי פון די העכערע דינער זיינען אומישנע גע- 
פאָהרען קיין לאָנדאָן אויף אַ פֹּאֶר יאָהר, אום זיך אויסצולערנען 
די שפּראך. דערנאָך האָב איך עהנליכעס געפונען אין די האָ- 
טעלען פון אַנדערע דייטשע שטעדט. אין פּאַריז איז א האָטעל- 
באַאַמטער, װאָס רעדט ענגליש, אין יענע יאָהרען געווען אַ גרויסע 
זעלטענהייט, זינט דאַן האָבען זיך די פראַנצויזען אויך געבוינען 
אין דיזען פּרט. די אַמעריקאַנער פאַרפלייצען פּאַריז. אֶהן דער 
ענגלישער שפּראך איז שוין פאר א דאָרטינען געשעפטסזמאן ניט 
לייכט אויסצוקומען, 


40 
נירענבערג 


אין נירענבערג, נלייך וי איך בין אָננעקומען ביים װאָקזאַפ, 
איז מיין אויפמערקזאַמקייט צונעצוינען געװאָרען צו דעם גרויסען 
פּראָצענט אידישע פּנימ'ער, װאָס מען זעהט דאָרטען, און דעך- 
נאָך, ווען איך בין גענאַנגען דורך דער שטאָדט, איז דער איין- 
דרוק באשטעטיגט געװאָרען, איך האָב באגעגענט אירען אין 
די אַרימערע קװאַרטאַלען, אַזױ נוט װי אין די רייכע. און דאָס 


84 בלעטער פון מוין לעבען 


זיינען געווען ניט קיין אימיגראנטען, נאָר דאָרטיגע אידישע 
קינדער --- אור-אור-אייניקלאך פון יענע צייטען, ווען אין נירענ- 
בערג האָט זיך אידיש בלוט גענאָסען, די מיטעלאַלטערליכע 
קלויסטערס פון נירענבערג האָבען מיר געשמעקט מיט מיטעל- 
אַלטערליכע אַנטיסעמיטישע שחיטות. 

דאָס איז איינע פון די דייטשע שטעדט, פון וועלכע אידען 
האָבען אימינרירט נאָך פּױלען. 

אין נירענבערג, װוי אין גאנץ בייערן, הערשט די קאטוילישע 
קירכע. די סאַציאַליסטישע פּאַרטײ איז דאָרטען אָבער שין 
דאַן געווען שטאַרקער פאַר דער קירכע. די שטאָדט האָט שוין 
געהאַט אַ סך אַרבײיטער (אויף פאַבריקען פון שפּיל-צייג), און 
דער דעפּוטאַט, װאָס זי האָט ערװעהלט צום רייכסטאג, איז 
געווען א סאַציאַליסט. זודענקאמף האָט ער געהייסען. 

ארומשפּאַצירענדיג איבער דער שטאָדט, האָב איך שטארק 
געטיהלט דעם טעם פון מיטעלאַלטער. סקװערס, גאַסען, געסע- 
לאַך, מייסטענס שמאָלע און געדרעהטע, וואו עס דאַכט זיך אייך, 
אַז איהר נעפינט זיך אין דעם פערצעהנטען יאָהרהונדערט. עפּעם 
אַזױ וי איהר װאָלט געווען ניט אין אַ שטאָדט, נאָר אין אַ 
מוזעאום. : 

אויף איין קליינעם סקווער שטעהט א מאָנומענם פון דריי 
קאָלירען --- גאָלד, שװאַרץ און נראָה. ער איז אייגענטליך ניט 
פון די עלטסטע פּלעצער אין נירענבערג. ער אָטעמט אָבער 
מיט פאַריטויזענט יאָהרען. פמערקװירדיג אינטערעסאַנט אין 
דיזער דענקמאָל און דער סקווער ארום און ארום. אַן עהנליכען 
איינדרוק האָט אויף מיר נעמאַכט דער פּלאַץ, וואו עס געפינט 
זיך דער ראַטהױז אין בריסעל, וען איך האָב יענע שטאָדט 
באזוכט אין 1891 און אין 1899. 


1 
צוויי טעג אין פּראנ 


מיט דעם נאָמען פּראַג איז ביי מיר געווען פארבונדען אַ 
נעפיה? פון פאַרצייטיגער אידישקייט. מיט דיזען געפיה? בי 
איך אַהין געפאָהרען. 


ווידער אין איוראָפאַ 80 


ווידער א שטיק מיטעלאַלטער. די הױפּטגאַסען -- די 
גראַבען און דער ווענצעל פּלאץ -- זיינען ברייט און שעהן, מיט 
היינטינע קראָמען, מיט שעהנע שטאָדט-געביידעס; און דער 
עולם איז אויך אַ היינטיגער, אַ וועלטליכער. די דאמען זיינען 
געווען געקליידט נאָך דער לעצטער מאָדע און מיט געשמאק. און 
די שלאַנקע עסטרייכישע אפיצירען האָבען געטראָגען די שענסטע 
יוניפאָרמס פון דער היינטיגער אייראָפּא. ווען איך האָב אָבער 
געפּרואװט אֶפּנעהן אַ פּאַר צעהנדליג טריט אָן אַ זייט, דורך 
איינע פון די גאסען, װאָס קרייצען איבער די גראַבען, האָב איך 
זיך דערפיחלט אין אַ וועלט, װאָס אין מיט עטליכע הונדערט 
יאָהר עלטער, וי די דערמאַנטע דאַמען און די אָפּיצירען. שמאָ- 
לינקע געדרעהטע געסעלאך, וי אין נירענבערג, ווידער אַלערלײ 
סקווערלאך, מיט וענינ פאָרמע, אָבער מיט אַ סך אינטערעס 
פֿאַר'ן אויג. ווידער אַ געפיהל, אַזױ װי דאָס װאָלט געווען ניט 
קיין שטאָדט, נאָר אַ מוזעאום פון אַן אמאָלינער שטאָדט. 


די אַלטע אידישע שוה? פון פּראַג איז איינע פון די זאַכען, 
װאָס אַלע געדרוקטע וועגווייזערס ראַטען דעם רייזענדען צו 
באזוכען, זי געפינט זיך בלוין אַ פינף מינוט נאַנג פון דעם 
מאָדערנעם שטאָדט-צענטער. ווען איהר קומט צוֹ איהר צו, 
זעהט איהר דעם אונטערשיד צוישען אַ באריהמטער אַלְטער 
קירכע און אַ באריהמטער אַלטער שוהל. די קירכען זיינען הויך, 
שטאָלץ, איינדרוקספול. זייערע באשפּיצטע דעכער הויבען זיך 
צום הימעל,. ווען איחר קומט צו צו דער אידישער שוחל, האָט 
איהר ניט װאָס צו זעהן. אין דער גרופּע איין-עטאַזשיגע אָדֶער 
צװוייעטאַזשינע הייזער, װאָס געפינען זיך דאָרטען, קענט איהר 
צוערשט ניט דערקענען, וועלכע איז די שוה? און וועלכע אַ 
געוועהנליכע וואוינונג. באַלד באמערקט איחר אן אַלטען מעטאַ- 
לענעם טאַפעל מיט אידישע בוכשטאבען אויפ'ן װאַנט. דאָס אין 
די אידישע שוהל, די עלטסטע אין אייראָפּא. ווען איך בין 
אַזױ געשטאַנען און געפּרואװוט איבערלייענען דעם אַלטען טאַפּעל, 
איז פון אינוועניג אַרוױסגעקומען אַן ארים:געקלײידטער אידעפ, 
ער האָט אויף דייטש מיך איינגעלאַדען אריינצוקומען און גע- 


86 בלעטער פון מוין לעבען 


וויזען, וואו דער אריינגאַנג איז. ער האָט מיך אַראָפּנעפיהרט 
עטליכע טרעפּלאך אונטער'ן טראָטואַר. דאָרטען איז דער פּאָליש. 
דאן האָט ער מיך אַראָפּנעפיהרט נאָך טיפער, אין קעלער. די 
שוה? איז אַ קליין שוהלכעל, אַ קלייזעל, װי מיר װאָלטען דאָס 
היינט גערופען. 

זי מאכט אַ זאַנדערבאַרען איינדרוק. אַז זי איז זעהר אַלט, 
דאָס פיהלט איהר גלייך. די אונטערשטע טיילען פון די װענט 
זיינען פיל עלטער װי די אויבערשטע, וועלכע זיינען צונעבויט 
געװאָרען שפּעטער ; אָבער די אויבערשטע זיינען שוין אויך עט" 
ליכע הונדערט יאֶהר אַלט. די אונטערשטע העלפט האָט שוין 
געזעהן מעהר װוי אַכט יאָהרהונדערטער. 

געוועהנליך איז אַ שוה? (ניט אַ קלויז אָדער אַ בית-המדרש, 
נאָר טאַקע אַ שוהל) נידערינער פון דער גאס, אויף טרעפ אַראָפּ- 
צוגעהן: , פון די טיפענישען האָב איך צו דיר גערופען, גאָט 
מיינער!" --- דעם פּשט פון די דאָזינע ווערטער לערענט מען 
ווערטערליך: צו גאָט דאַרף מען בעטען פון אַ קעלער. די קרים- 
טען אָבער האָבען אין די אמאָלינע צייטען וועגען דעם זעלבען 
ענין געהאַט זייער אייגענע מיינונג. זיי האָבען ניט ערלויבט, 
אַז א אידישע שוה? זאָל קענען דעם קאָפּ אויפהויבען. זיי האָ- 
בען נעפאָדערט, אַז זי זאָל ,ליגען ניין איילען אין דער ערד", 
אַזױ װי די אידען נופא. אַז די געביידע זאָל זיין הויך, זיך 
אויסצייכענען פון געוועהנליכע הייזער, מאַכען אַן איינדרו? -- 
דאָס האָט מען איבערגעלאָזט פאַר די קאַטױלישע קירכען. אָבער 
דיזער ספּעציעלער זאָרט אונטערדריקונג, פּונקט וי טויזענטער 
ערנגערע זאָרטען, האָבען אויף אידישע הערצער געװוירקט שטאר- 
קער װוי די הויכקייט פון אַ בית-המדרש געביידע װאָלט אויף זיי 
געווירקט. 

אינווענינ אין שוה? האָט מיך אויפנענומען א יננערמאַן 
מיט אַ בלאַנדער כאָרד. די בלאַנדע באָרד איז ביי איהם געווען 
נעט פארקאמט, און גערעדט האָט ער דייטש. אויסגעזעהן האָט 
ער װי א ליטװואַק --- װי אַ ליטװאַט אַ למדן. ער איז אָבער 
געווען אַ פּראַנער אַ געבאָרענער. 

מען דאַװענט דאָרטען היינט אויך. די שוה? איז אַ שטרענג 


ווידער אין אויראָפאַ 87 


אָרטאָדאָקסישע. אָפּט קומט מען אריין לערנען א בלאט גמרא, 
וי דער שמש האָט מיר דערצעהלט, האָבען זיך אין פּראַג דאַן 
געפונען עטליכע אידישע לומדים פון גאַליציען און פון רוסלאַנד, 
זיי זיינען געווען די הויפּט-לערנער. עס זיינען אָבער אויך 
געווען פּראגער אידען, אינטעלינענטע, דייטש-נעשולטע, וועלכע 
זיינען אויך געווען בריות אויף א בלאט נמרא, און אָפטמאָל 
פלענט פאָרקומען אַ ויכוח צווישען א פּראַנער למדן מיט אַ נאַלו- 
ציאַנער אָדער אַ ליטווישען, אַמאָל פלענען זיך אַלע דריי טיפּען 
באטייליגען אין דעם פּלפּו0, יעדער אויף זיין שפּראַך, מיט זיין 
אַקצענט. | 

אין דעם יאָהר 1265 האָט מען אין דיזער שוה? צו כל-נדרי 
געמאַכט אַ בלוטינען פּאָנראָם. מען האָט אױיסגעקױלעט יעדען 
אידען,. געראטעװועט האָט זיך בלויז דער רב, און ער האָט דער- 
נאָך די אַלֶע קרבנות נעבראכט צו קבר ישראל אויפ'ן בית עלמין, 
וועלכער געפינט זיך דערביי. היינט קומט דער דאָזינער בית 
עלמין אויס אויף דער אַנדער זייט נאַס, װאָרים די נאַסען זיינען 
דאָ אויסגעלענט נגעװאָרען שפּעטער. דאָרטען לינען ניט בלין 
די קרבנות פון יענער שחיטה. אַנדערע אידען פון יענער צייט 
און פון אַנדערע צייטען האָבען דאָרטען אויך זייער אייבינע 
רוה געפונען. 

איך האָב אויפ'ן בית עלמין פאַרבראכט אַ פּאֶר שטונדען, 
באקוקט די פארשידענע אַלטע מצבות. אין סך הכל געפינען 
זיך דאָרטען צוועלף טויזענט מצבות. די עלטסטע אין אַכט 
הונדערט יאָהר אַלט. דער איד, װאָס האָט מיך באנליים דורך 
די קברים, האָט מיר איבערדערצעהלט עטליכע היסטאָרישע איינ- 
צעלהייטען און ערקלערט פילע פון די אויפשריפטען. 


אַ שווערען איינדרוק האָט דער בית עלמין אויף מיר געמאַכט. 


אין פּראַג, ארום דער אלטער שוהל, וואוינען א סך אידען. 
זיי וואוינען איבער דער נאַנצער שטאָדט, אָבער דאָרטען זיינען 
זיי געדיכטער. איינינע אידען זיינען אין זייערע קרעמלאך גע- 
זעסען אין יארמולקעס; אַזעלכע האָבען געהאָט בערד. זיי האָ- 
בען אויסנעזעהן װי אונזערע אידען, נאָר זיי האָבען גערעדט 


88 בלעטער פון מיין לעבען 


רייטש, און פילע פון די יארמולקע-אידען זיינען געזעסען מיט 
טשעכישע צייטונגען אין די הענט. 


די טשעכען זיינען שעהן געוואקסען, און פילע פון זיי האָבען 
חנ'עוודינע פּנימ'ער, זייער סלאַװישע שפּראך קלינגט אַביסעל 
וי פּויליש און אַביסעל וי מאַלאָרוסיש (מיר האָבען גענוג טשע- 
כען אין ניו יאָרק --- ארום דער 72טער 'סטריט -- אָבער דאָרטען 
זיינען זיי ניט אַזױ קענטיג אֵלס אַ באזונדער פאָלק). דעריבער 
איז מיר ניט שווער געווען צו פארשטעהן די מייסטע פון די 
שילדען אויף זייערע קראָמען. 

מיט איינינע שטונדען שפּעטער, אויף דער אַנדער זיים פון 
דעם אינטערעסאַנטען טייך מאָלדאַװאַ, האָב איך באזוכט דעם 
באריהמטען פּראַנער ,דאָם" --- די גרויסע קאטוילישע קירכע, 
וועלכע שטעהט שוין עטליכע הונדערט יאָהר, און וועלכע מען 
האַלט אימער אין בויען און איבערבויען. עס פיהלט זיך אַן 
אָפּגעלאָזענקײט, א פאַראָרימטקייט. אָרים אויסזעהענדע נלחים 
זיינען ארומגענאַנגען, געשטאַנען, געזעסען, אייניגע מיט פאַר- 
דבקה'טע פנימ'ער. מייסטענס זיינען זיי געווען בלייך און דאַר. 
זיי האָבען אויסגעזעהן װי פאַרהונגערטע פּרושים. פאַראַן אין 
דעם ,דאָם" אַלטע הייליגטימער, וועלכע װערען באטראכט אַלס 
וויכטיגע קונסט-ווערק. פאַראַן אַ סך אינטערעסאַנטעס. איך בין 
אָבער אַהין געקומען אָנגעלאָדען מיט די עראינערונגען פון אונזער 
אידישער שוה? און פון דעם בית-עלמין, מיט די סצענעס פון 
פּאַנראָמען מיט מאַסען-בילדער פון אידישע הרונים. איך האָב 
זיך פאָרנעשטעלט, אַז אין דעם דאָזינען ,דאָם" איז דאָס דער 
אַנטיסעמיטישער פייער אָנגעצונדען געװאָרען; אַז פון דאַנען 
האָט מען אין יענער נאַכט אַװעקנעמאַרשירט אין די אידישע 
קװואַרטאַלען שעכטען אידישע קינדער. 

עס האָבען זיך גענומען טראָגען די קלאנגען פון אַן אָרגעל, 
דער נעפיה? אין מיר איז נאָך שווערער געװאָרען. ביים ארויס- 
געהן האָט אַ גלח מיר פאָרגעשלאָנען עפּעס אַ בילעט, איך זאָל 
עס ביי איהם קויפען, ער איז געווען אָפּנעלאָזען, און זיין פּנים 
איז געווען זעהר בלאַס ; און אויגען האָט ער געהאַט בלויע, קינ- 


ווידער אין אייראָמאַ 89 


דערשע, מיט א סימפּאַטישען בליק אין זיי. ‏ עס אין מיר שװער 
געווען דיזען גייסטליכען בעטלער צו פארבינדען מיט די בלוטיגע 
פארברעכענס, װאָס זיין קירכע איז באגאנגען גענען אונזערע 
זיידעס. צווישען נלחים און רבנים זיינען דאָך אויך פאַראַן 
פעטע און מאָנערע, געהויבענע און נידערינע. 

די באריהמטסטע זאך אויף אַן אַנדער פאַרצייטינער קירכע 
אין פּראַנ איז אַ זיינער, וועלכער שטעהט פון דרויסען. וענען 
דעם דאָזינען זיינער דערצעהלם אַייך יעדער, ואָס האָט 
באַזוכט די שטאָדט, ביי יעדע דריי-פערטעל שטונדע פאַנגט 
זיך דאָ אָן אַ קאָנצערט, און אַ סקעלעט הויבט אָן צו ציהען אַ 
שנור,. דער זיינער הויבט אָן צו שפּילען. דאן עפענט זיך אַ 
פענסטערעל, און עס באווייזען זיך די פיגורען פון יעזוס און פון 
זיינע צוועלף תלמידים (אַפּאָסטאָלען),. די דרייצעהן פינורען קומען 
ארויס איינער נאָכ'ן אַנדערען. זיי באוועגען זיך אַהין און אַהער, 
דער צוועק איזן צו מאַכען אַן איינדרוק פון היילינטום, דער 
אמת'ער איינדרוק איז אָבעד אַזױ וו" די דרייצעהן היילינע 
װאָלטען געווען דרייצעהן קאָמעדיאנטען. 

צום שלוס האָט אַ קינסטליכער האָן אָנגעהויבען צו קרעהען, 
אַ פּאַסענדער ענד צו דעם װאָדעויל, 

דער זיינער מיט דער גאנצער קונץ אין זעהר אלט -- גוט 
אַדװערטײזט. איז ביי זיין יעדע דריי-פערטעל שטונדע פאַראן אן 
עולם. געוועהנליך זיינען דאָס רייזענדע. ווען איך בין דאָרטען גע- 
שטאַנען האָבען זיך צוזאמענגעקליבען עטליכע אַטאָמאָבילען מיט 
אמעריקאנער און עננלענדער. מען האָט ביי דעם זיינער דאַן 
נאָר געהערט עננליש. א אידישע פרוי, אונזערע אַן אֶלרייטניצע, 
האָט גערעדט ענגליש מיט א שטאַרקען אידישען אַקצענט. זי 
האָט אויסגעדריקט באַוואונדערונג. דערזעהענדיג אָבער מיך, 
האָט זי א זאָג געטאָן אויף אידיש מיט אַ שמייכעל: 

,עס האָט זיך געלוינט איבער אַזאַ וואונדער צו קומען 
אַזש פון אַמעריקא !..." 


אַלטקײט שעצט מען מעהר וי קונסט. אַלטקײיט אין די 
גרעסטע רעקלאַמע. איך האָב דאָס ספּעציעל געפיהלט, ווען איך 


0 בלעטער פון מיין לעבען 


האָב אין פּראַג באזוכט דעם פּאלאץ פון דעם עסטרייך-אוננאַ- 
רישען קייזער, דאָס אין די אונאינטערעסאַנטסטע געביידע צווי- 
שען אַלֶע, װאָס רייזענדע באַזוכען. פארװאָס האָבען די עסט- 
רייכער קיסרים אין פּראג זיך ניט אויפנעבויט קיין שענערען 
פּאַלאץ? ויי? די אַלטקײט פון דעם פארצייטינען שלאָס אין 
פאר זיי געווען וויכטיגער, װוי די פּראכט פון אַ נייעם. 


איך האָב באַזוכט די רעדאקציע פון דער פּראַנער סאַציא- 
ליסטישער צייטונג , פּראַוודא לידו", ‏ די טשעכען האָבען שוין 
דאַן געהאט אַ גרויסע סאַציאליסטישע באוועגוננ מיט אַ ריי- 
כען טעגליכען בלאט. אין דער רעדאקציע האָב איך געפונען 
א פיטאַרבייטער, וועלכער האָט עטליכע יאהר געוואוינט אין נין 
יארק אין דעם בעהמישען קווארטאל, ארום דער 72טער סטריט. 
מיר האָבען נעהאט נעמיינשאַפטליכע באַקאנטשאַפטען אין אונ- 
זער אמעריקאנער באווענונג,. װואָס מיך האָט פאראינטערעסירט 
מעהר פון אַלעס אין דעם נעשפּרעך, ואָס מיר האָבען נעהאַט, 
איזן געווען דאָס פאָלגענדע. איך האָב זיך צוגעהערט צו דער 
אַרט, װי אַזױ ער רעדט וענען אמעריקא, וועגען אונזער אמע- 
ריקאנער באווענוננ און ווענען ניו יארק, און איך האָב זיך גע- 
קלערט; ביי איהם קומט עפּעס אלץ אויס אנדערש וי ביי 
מיר,. דאַכט זיך, סיר זיינען געװען אין דער זעלבער באַװע- 
נונג, אין דער זעלבער שטאָדט, נעפאהרען אין די זעלבע קאַרס 
און עלעווייטעדס, נגעזעהן די זעלבע קראודס, און --- ווען ער און 
איך װאָלטען דאָס אַלֶעס נעשילדערט, װאָלט ארויסגעקומען צויי 
גאנץ באַזונדערע וועלטען. יאָ, יעדער מענש קוקט אויף אַלץ 
דורך זיינע אוינען, און ער זעהט א נאַנץ באַזונדערע וועלט, 

א צווייטען שטאַרקען איינדרוק האָט אויף מיר נעמאכט די 
פאָלגענדע סצענע; 

אין דער פריה. סיר האָבען אַקאָרשט אָפּנעגעסען פרו" 
שטיק אין אונזער האָטעל, מיר זיינען אַרױיס אויפ'ן נאָס. ביים 
טיר איז געשטאַנען א נאנצע שורה מיט פארשידענע דינער, לאַ- 
קייען, קעלנער אַלערליי, און אלע האָבען זיי אונז באַנריסט. דאָ 
האָבען אַלֶע צו אונז גערעדט דייטש: גוטען פאָרגען! גוטען 


ווידער אין אויראָמאַ 1 


מאָרגען ! נוטען מאָרנען ! איינער נאָכ'ן אנדערען בוקט זיך און 
גיט אייך אָפּ זיין , נוט סאָרנען!" 

די זעלבע ערפאהרונג האָבען מיר געהאט כמעט יעדעס מאָלֿ, 
ווען מיר זיינען ארױיס פון האָטעל; און ביי אונזערע אִמּ- 
רייזען, ווען עס האָט נעהאלטען ביי די טרינק-געלט, האָט זיך 
די סצענע ידערהאָלט מיט אַ ספּעציעלער װארעמקייט,. נאָר 
אנשטאָט , נוט מאָרגען? האָבען זיי געזאָגט: ‏ גליקליכע רייזע! 
גליקליכע רייזע! גליקליכע רייזע! דאַנקע שעהן! דאַנקע 
שעהן! דאַנקע שעהן! .5 

אין אמעריקא האָט מען פון אזעלכע זאכען קיינמאָל ניט 
געוואוסט, 


דריטער קאַפּיטעל 
ווידער אין אײיראָפּא 
(פּאַרטעצונג) 
1 

אין וויען נאָך אַן אבוועזענהייט פון 19 יאָהר. -- איך זעה 

זיך ווידער מיט װיקטאָר אַדלער'ן. -- אויסטערליץ. 

ווען איך בין אָנגעקומען אין וויען און האָב נגעמאכט דעם 
ערשטען שפּאַציר דורך די נאַסען, איז דער אַלגעמיינער איינדרוק 
געווען פּונקט דערזעלבער וי אין פּאַרין; קיינע ענדערונגען. 
די פּרעכטינע שטאָדט איז נעווען דיזעלבע, װי זי האָט זיך אִפַּי 
געדרוקט אין מיין זכרון מיט ניינצעהן יאָהר פריהער. 

דיזען מאָל האָב איך דאָ פארבראַכט א פּאַר װאָכען. איי- 
נער פון די ערשטע פּלעצער, װאָס איך האָב באזוכט, איז געווען 
די הויז, וואו איך האָב פארבראכט עלף טעג מיט מיינע על- 
טערען, מיין מוהמע פיינע און איהרע טעכטער, ווען איך בין. 
דאָ געווען אין 1898, איך האָב באַזוכט דעם קליינעם האָטעל 
דאנאו, וואו איך בין דאן איינגעשטאַנען מיט מיין פאָטער, 
אויך דעם נאָרטען ניט ווייט דערביי, וואו איך האָב א פֹּאַר מאָל 
פארבראכט מיט מיינע עלטערען. מיינע עלטערען זיינען שוין 
געווען טוים. אין וויען האָב איך זיי און מיין מוהמע פיינע'ן 
געזעהן דעם לעצטען מאָל אויף מיין לעבען. (זעה דריטען באנד, 
פּיידזשעס 812-4098 און 316-9814),. איצט האָב איך געוואוינט 
אין א נאַנץ אַנדער טייל פון שטאָדט, צימליך ווייט פון יענעם 
נענענד. 

נאָכדעם איז מיין ערשטער ויכטינער ויזיט געווען צו 
דעם בארימטען פאַָציאַליסט װיקטאָר אדלער, דעם קאָפּ פון דער 


92 


ווידער אין אווראָפאַ 99 


סאציאל-דעמאַקראַטישער באַװענונג אין עסטרייך, מיט וועמען איך 
בין באקאנט געווארען אויף די סאָציאליסטישע קאָנגרעסען פון ברי- 
סעל? און צוריך, אין יאהר 1891 און 1893, (זעה דריטען באַנד, 
פּיידזשעס 161 און 818 און זיין בילד ביי פּיידזש 102), 

אריינקומענדינג אין זיין קאבינעט, האָב איך, אנשטאָט זיך 
פאָרצושטעלען, געזאָנט צו איהם אויף מיין געבראָכענעם דייטש: 

--- װאָס מאַכט איהר, גענאָסע אדלער ? 

יער האָט מיך דערקענט. ער האָט אויף מיר אָנגעשטעלט 
זיינע קלוגע אוינען און געזאָגט מיט זיין נוטמוטינען שמי- 
כעל: | 

--- זעה נאָר! וואו האָט איהר גענומען װאָנצעס ? 

מיט ניינצען יאָהר צוריק האָב איך דיזע סאָרט צירונג ניט 
געהאַט, 

איך װאָלט איהם אויך נלייך דערקענט, אפיל וען איך 
װאָלט איהם באנענענט אויפ'ן נאס,. ער אין שוין געוװוען 60 
יאֶהר אלט (יענעם זומער האָט מען געפייערט זיין זעכצינ- 
יאהריגען יוביליי), ניט קיין הויכער, מיט לאנגלעכע, צופּאטעלטע, 
דונקעל-ברוינע האָר, מיט קורצזיכטינע קלונע אוינען, און א 
סימפּאטישען הומאָר-שמייכעל, 

אין די ניינצען יאהר אין די ארבייטער באווענונג און די 
סאָציאליסטישע באוועגונג אין עסטרייך אומגעהויער אויסגעוואק- 
סען. ווען איך בין געווען אין ויען אין 1898, אין די ויע- 
נער , ארבייטער צייטונג? געווען אן ארעמע בלעטעל, און איהר 
היים איז געווען אין א קליינער הייזעל אויף א קלינער געסעל. 
איצט איז דאָס געווען איינע פון די מעכטינסטע צייטוננען אין 
וויען, מיט דער גרעסטער דרוקעריי אין שטאָדט, מיט אַ גרויסער 
אלנעמיינער מויער, מיט די גרעסטע און בעסטע מאַשינעריע, 
מיט די מאָדערנסטע צוריכטונגען, וואס מען האָט נאָר דאן 
געקענט געפינען אין אייראפא. אונזערע נענאָסען האָבען אין 
עסטרייך ארויסגעקראנען א נייעם וואהל-נעזעץ, וועלכער האָט 
זיי גענעבען פיל גרעסערע מענליכקייטען. דורך דעם גופא אין 
די באוועגונג שטאַרק אויסנעוואקפען. דאָס האָט זיך נלייך גע- 
פיהלט אין דעם סוטיגען גייסט, וועלכען איך האָב געפונען 


84 בלעטער פון מיין לעבען 


צווישען די וויענער סאַציאליסטען. מיט ניינצען, אדער אפילן 
מיט צעהן יאֶהר צוריק, איז דאָרטען געווען א סך ווייניגער רעדע 
פרייהייט. ‏ עס האָט געהערשט כמעט אַ רוסישע צענזור. פאר 
דער קלענסטער זאך פלעגט מען די ,ארבייטער צייטונג" קאָנ- 
פיסקירען, ניט לאָזען ערשיינען יענעם נומער. און אויף מי- 
טינגען האָט מען נעמוזט ריידען מיט נאנץ וייטע אָנצוהערע- 
נישען,. איצט, אין 1912, האָבען די סאַציאליסטען גאנץ פריי 
אַטאַקירט די מיניסטאָרען. אַבי מען האָט ניט גערעדט געגען 
דער פּערזאָן פון קייזער, האָט מען געהאַט אַ סך פארזאמלונגס- 
פרייהייט און רעדע פרייהייט. 

און דער פאָטער און פיהרער פון דיזער וואונדערבארער 
באווענונג איז געווען װיקטאָר אדלער, ער אין געװוען איינער 
פון די ליכטיגסטע און ליבליכסטע פינורען אין אייראפּא. ער 
האָט מיך באַצױיבערט אין 1891, זאָגאר דאן, וען ער האָט 
באַקעמפט מיין פארשלאג אויף דעם בריסעלער קאָננרעס. דיזען 
מאָל האָט ער מיך נאָך מעהר באַצױבערט, און דיזען מאָל האָב 
איך געהאט די געלענענהייט זיך צו ערקונדינען, װוי שטאַרק די 
װויענער ארבייטער מאַסען האָבען איהם ליב, -- אפילו די 
נעננער פון סאציאליזם אויך ער איןז געװען די באליבטסטע 
פינור אין גאנץ ויען. 

אַדלער'ס ביורא האָט זיך נגעפונען אין דער נעביידע פון 
דער , אַרבייטער צייטונג",. ער האָט מיך פאָרגעשטעלט פאר 
אויסטערליץ'ען, דעם רעדאקטאָר, און דערנאָך פאר זיין (אך- 
לֿער'ס) זוהן, דעם היינט באַריהמטען פריץ אדלער, וועלכער האָט 
שפּעטער, אין דער צייט פון דער גרויסער מלחמה, געשאסען דעם 
עסטרייכישען מיניסטער פון אינערען, און וועלכער אין דער 
סעקרעטער פון דעם צוייטען אינטערנאציאנאל, 

מיין ערשטער געשפּרעך מיט אויסטערליץ'ן איז נלייך פאר- 
ואנדעלט נגעווארען אין א דעבאַטע ווענען דעם, וי מען דארף 
ארויסנעבען א צייטונג פאר די מאסען. 

אויסטערליץ איז אַ באַקאַנטער רעדאַקטאָר, דער פעהיג- 
סטער, װאָס די טאַציאַליסטען האָבען דאַן נעהאָט, און דאָס, װאָס 
ער האָט געזאָנט, אין מיר געווען אינטערעסאנט,. פון אונזער 





פריטץ אַדלער 


ווידער אין אווראָפאַ 08 


,פּאַרװערטס? האָט ער נעהערט. קיין אידיש האָט ער אָבער 
ניט געלעזען, און מיט אונזער צייטונג אין ער ניט געװען בא- 
קאנט. ער האָט בלוין געוואוסט, אז דאָס אין א בלאַט, וואס 
ווערט ארויפנעגעבען פאר די אידישע מאסען. די דייטשע אר- 
בייטער, פאר וועלכע זיין צייטונג האָט עקזיסטירט, האָבען אלע 
געהאַט דורכנענאנגען א שוה?ל,. איך האָב וװוענען איהר געהאט 
א דייטליכען באַנריף, און איך האָב איהם געקענט געבען וא- 
רעמע קאָמפּלימענטען, איך האָב אָבער אויסגעדריסט די מיי- 
נונג, אז אפילו אויף דייטש דארף מען אויך שרייבען פֹּאֶפַּו- 
לערער, 

איצם, ווען דיזע שורות ווערען נגעשריבען, גיבען די נע- 
נאָסען אין וויען אַרױס, אַ חוץ דער אַרבײיטער צייטונג", א 
צווייטע צייטונג, א קייכטערע, א פּאָפּולערערע. די ערפאה- 
רונג האָט זיי געוויזען, אזן פאר דעם נאנץ ברייטען עולם איז 
די ,, אַרבײטער צייטונג" צו טרוקען און צוֹ הויך. 


9 
פריטץ אַדלער -- אױגוסט בעבעל. 


מיט פריטץ אדלער'ן האָב איך זיך געזעהן נאנץ אָפט. מיין 
פרוי האָט זיך געקליבען צו פאָהרען אין איהר אלטער היים אין 
קיעוו, צו זעהן זיך מיט איהר מוטער, ברודער און שוועסטער, 
און דערצו איז איהר געווען וויכטיג צו האָבען א שריפט פון 
א געשעפטס-פירמע, אז זי פאָהרט אין רוסלאַנד אלס איהר 
פאַרשטעהערין, אלזאָ, האָט דער יוננער אַדלער איהר באקאנט 
געמאכם מיט אַ סאַציאליסט, וועלכער האָט געהאָט א ויכ- 
טיגען געשעפט אין ויען, און יענער האָט איהר גענעבען דעם 
נויטיגען דאָקומענט. מיט דיזען פּאפּיר, אלס אַ צונאָב צו איהר 
אמעריקאנעם פּאַס, איזן זי טאַקע נאַכהער אריינגעפאָהרען אין 
רוסלאנד, און מען האָט דאָרטען קיינע קשיות ביי איהר ניט 
געפרענט, 

פריטץ אַדלער האָט געהאַט זיין אֶפיס אין דעם נעקסטען 
צימער צו דעם אָפּיס פוֹן גענאָסע דייטש, וועלכער איז געווען 
דער סעקרעטער פון דער סאַציאליסטישער פּאַרטײ, פלעגען 


06 בלעטער פון מיין לעבען 


מיר זיך דאָרטען אָפט צוזאַמענקומען,. איך בין אויך באקאנט 
געווארען מיט אַנדערע וויכטיגע גענאָסען. 

איין מאָל, ווען איך בין אזוי נעזעסען און נערעדט מיט 
דייטש'ען ווענען אַמעריקא, עפענט זיך אויף די טיר, און עס 
קומט אַריין פריטץ מיט אַ שלאַנקען נגרויען מאַן, וועלכער אין 
מיר פאָרגעקומען זעהר באקאנט. דאכט זיך, איך וױייס נאנץ 
גום ווער דאָס איז, און ווייס דאָך ניט,. ער אין דאָס? 

--- אונופט בעבע? און אבראַהאַם קאַהאַן אויס אמעריקא ! 
--- האָט פריטץ אויסנערופען. 

אונוסט בעבעל! דער ועלט-באריהמטער אַונוסט בעבעל, 
דער פיהרער פון דער גרויסער סאַציאלדעמאָקראטיע פון דייטש- 
לאנד! דער בעבעל, מיט ועלכען איך האָב פארבראכט א 
װאָך צייט אויף דעם קאָננרעס פון בריסעל, און צויי יאהר 
שפּעטער א ואָך אויף דעם קאָנגרעס פון צוריך! 

איך האָב זיך נענעבען אַ שטעל. איך בין געווען אזוי צו- 
טומעלט, אז סמיט מיין צרח'דינען דייטשען לשון אין מיר נע- 
ווען שווער אויסצודריקען, וואס איך האָב געװאָלט, איך האָב 
איהם נעװאָלט דערמאָנען, אז איך בין דאָס דער אידישער דעלע" 
גאָט פון אמעריקא, וועלכער האָט זיי פארשאפט טראָבע? אויף 
דעם בריסעלער קאָנגרעס מיט אַ רעזאַלוציע ווענען די אידישע 
ארבייטער,. אַדלער האָט מיר אַרױסנעהאָלפען. ער האָט שין 
ווענען דעם געהערט פון זיין פאָטער און פון מיר, אלזאָ, האָט 
ער בעבעל'ען איבערנענעבען, װאָס איך האָב ניט געקענט אויס- 
ריידען, דער דייטשער פיהרער האָט זיך דערמאַנט. מיר האָ- 
בען געשמועסט אַ פֹּאַר מינוטען ווענען דער פאַרנאַננגענהייט און 
איבערגענאַנגען צו אמעריקא. ער האָט נעמאכט א פֹּאַר שפּאַי 
סיגע באַמערקונגען ווענען די פּרעזידענט-װאַהלען, װאָס האָבען 
געדארפט פאָרקומען יענעם יאָהר,. ער האָט געפרענט אויף 
שפּאַס, ווער עס וועט זיין דער נעקסטער סאַציאליסטישער פּרע- 
זידענם פון אמעריקא,. דערנאָך זיינען אַריינגעקומען אַנדערע 
גענאָסען,. מען האָט גערעדט וענען די נייע סאַציאליסטישע 
געביידעס, איינע פון דער ויענער ,ארבייטער צייטונג" און די 
אַנדערע פוֹן דעם בערלינער , פאָרווערטס", די לעצטע אין דאן, 


ווידער אין אווראָפּאַ 97 


דאכט זיך, נאָך ניפֿ. פארטינ נעװען. מען אין געגאנגען 
איהם ווייזען די פארשידענע טיילען פון דער נייער נעביידע פון 
דער , אַרבייטער צייטונג". 

בעבעל איז געווען זעלטען נעט נעקליידט און זעהר יוגענד- 
ליך אין זיינע באַועגונגען. און די שטימע האָט אויך ביי איהם 
געקלונגען יונג --- פּונקט דיזעלבע שטימע, וי פאר צואנצינ 
יאהר -- א פעסטע, א קלאָהרע און אן אנגענעהמע. וען ניט 
די ווייסע קורץ-געשאָרענע האָר, װאָלט ער אַביסע? פון וייטען 
פילייכט אויסגעזעהן וי אַ מאַן פון עטליכע און דרייסיג יאָהר, 
ווען ער אין נגעזעסען און אנטייל גענומען אין דעם נעשפּרעך, 
האָט זיך מינוטענווייז געפיהלט, אז ער אין מיד פון דער רייזע. 
עס האָט זיך אָבער אויך נעמערקט אַן אויסדרוק, וואס האָט 
ערינערט אָן דעם פאקט, אז ער איז ניט עטליכע און דרייסיג יאָהר 
אַלט, נאָר צוויי-און-זיבעציג. 

איך האָב זייערע פּנים'ער דערנאָך פארנליכען מיט זיי- 
ערע פאַטאָגראפיעס פון פאַר-צװאַנציג יאָהרען,. אדלער'ס פּאָר- 
טרעט האָט אויסנעזעהן פּונקט וי דאַן. בעבעל'ס -- גאַנץ 
אַנדערש, | 

בעבעל האָט יענעם זומער פארבראכט א געוויסע צייט אין 
דער שווייץ. פון דאָרט אין ער דאָס נעקומען קיין וויען באַזו- 
כען זיין אינטימען פריינט װיקטאָר אַדלער און זיך באַטײלינען 
אין דער פייערונג פוֹן אַדלער'ס זעכצינ-יאהרינען יובילעאום, 
צו וועלכען מען האָט זיך דאַן נעגרייט, 


3 


אין דעם עפטרייכישען פּאַרלאַמענט. --- דער סאַציאל דע- 
מאָקראַטישער קלוב. --- אָטאָ באַוער. --- זאַיץ. 
איגנאַץ דאַשינסקי, 


די עסטרייכישע סאַציאליסטישע פּאַרטײ איז דאן שוין נע- 
ווען די צווייטע גרעסטע פּאַרטײ אין פּאַרלאַמענט. די צאָהפ 
פון איהרע דעפּוטאַטען איז געווען צויי-און-אכציג. װיקטאָר 
אַדלער האָט מיך איינגעלאדען צו קומען אין פּאַרלשמענט, וואו 


08 בלעמער פון מיין לעבען 


עס איז דאן אָנגענאַנגען א זעהר וויכטינע דעבאטע. ער האָט 
מיך נעבעטען מיט איהם זיך צו טרעפען אין דעם קלוב, וואס 
די סאַציאליסטען האָבען נעהאט אין דער פּארלאמענט געביידע. 

דער לעזער דאַרף געדענקען, אז עסטרייך אין דאן נעוען 
אַ לאַנד פון פארשידענע פעלקער מיט פארשידענע שפּראכען, 
און אַן יעדע פון זיי האָט געקעמפט פאר איהרע נאַציאָנאַלע 
אינטערעסען, אלזא, האָט יעדע פון זיי געהאָט איהר פּארטיי. 
(די אונגארען קען מען ניט אַריינרעכענען, וייל אוננאָרן איז 
געווען אַ באזונדערע קעניגרייך מיט אַ באַזונדערען פּאַרלאַמענט, 
הגם דער טראָן איז געווען דערזעלבער.) די סאַציאל-דעמאָקראי 
טישע (סאַציאליסטישע) פּארטיי איזן באַשטאַנען פון מיטגלידען 
פון פארשידענע נאציאָנאליטעטען. נעוועהנליך זיינען זיי אלע 
געווען פאראייניגט. עס זיינען אָבער געווען אֶפטע אויסנאַ- 
מען, און פון דעם איז ארויסגעקומען, אן אָנשטאָט צו האָבען 
איין קלוב פאר אַלֶע 82 סאַציאליסטישע דעפּוטאַטען, האָבען 
זיי געהאַט דריי באזונדערע קלובען, א דייטשען, א טשעכ- 
שען און א פּולישען. די דייטשע סאציאל-דעמאקראטען האָ- 
בען געהאָט די גרעסטע צאָהל דעפּוטאַטען (44), די טשעכישע 
זיינען געווען נעקסט (28), פּוילישע סאַציאליסטען זיינען אין 
פּאַרלאַמענט געווען 9, רומענישע צוויי און איטאַליענישע צויי. 
אזוי װי די דייטשע סאַציאליסטען האָבען נעהאָט די גרעסטע 
צאָה? דעפּוטאַטען, האָט דער דייטשער סאָציאַליסטישער קלוב 
געהאט די גרעסטע דירה. די צויי רומענער און די צויי אי- 
טאַליענער האָבען קיין באַזונדערע קלוב צימערען ניט געהאט. 
זיי זיינען געווען שכנים ביי די דייטשען. 

אָט אַהין בין איך נעקומען דעם טאָג, וואס איך האָב גע" 
דארפט באזוכען דעם פּאַרלאַמענט. איך האָב געפונען אַ שעה- 
נעם גרויסען זאל, נרויס גענונ פאר א פארזאַמלונג פון פינף- 
זעקס הונדערט פּערזאָן, א גרויסע צאָהל פענסטער זיינען ארויס- 
געקומען אויף צוויי פון די פיר גאַסען, וועלכע רינגלען ארום 
די פּאַרלאַמענט געביידע, דער פאָרזיצער פון דעם קלוב אין נע- 
ווען װיקטאָר אַדלער צו דעם גרויסען זאָל אין געװען א באַ- 
זונדער צימער פאַר דעם פעקרעטער,. אין װאַשינגטאָן גים די 


ווידער אין אווראָטאַ 99 


רעגירונג א ספּעציעלען פעקרעטער פאר יעדען קאָנגרעסמאַן. 
אין וויען איז געווען איין סעקרעטער פאַר אַלע מיטנלידער פון 
דעם קלוב. דער סעקרעטער פון דעם דייטשען סאַציאל-דעמאָ- 
קראַטישען קלוב אין דאן געווען דער היינטינער פיהרער פון 
די עסטרייכישע סאַציאליסטען, אָטטאָ באַוער, 

וי געזאָגט, זיינען די סאַציאל-דעמאָקראטען פון אַלע נאַ- 
ציאָנאליטעטען אין פּאַרלאַמענט געוועהנליך געגאנגען אינאיינעם. 
די פּוילישע זיינען איבערהויפּט נגעווען פריינדליך מיט די דייטשע. 
די באַציהונגען אָבער צווישען די טשעכען און די דייטשען זיי- 
נען דאן נגעווען אָנגעשטרענגטע. עס איז גענאננען אזוי ווייט, 
אַז ביי די וואהלען פלענט מען אין איינינע פּלעצער ארוים- 
שטעלען אָפּאָזיציאָנס-קאַנדידאטען איינע נגעגען די אנדערע. דער 
הויפּט סכסוך צווישען זיי פלעגט אַרויסקומען דורך די יוניאנס, 
אין וויען זיינען דאן נעװוען ביי א דריי הונדערט טויזענד 
טשעכען, אָבער די דייטשע עסטרייכער האָבען דאָרטען געהאט 
א גרויסע מאַיאריטעט, האָבען די טשעכישע ארבייטער זיך באַ- 
קלאָגט, אז זיי האָבען אין די יוניאנס ויינינער מאכט, וי זיי 
האָבען געדארפט האָבען. און אין דער טשעכישער הוֹיפט- 
שטאָדט, פּראג, איז געווען פארקערט. דאָרטען האָט געוואוינט 
א גרויסע דייטשע באפעלקערונג. פלענט זי זיך באַקלאַנען (און 
באַקלאָגט זיך נאָך היינט), אז די טשעכישע מאיאריטעט גע- 
וועלטינט איבער איהר, | 

די נאציאנאלע פראנען, נאציאנאלע אינטערעסען און נא- 
ציאָנאלע נעפיהלען האָבען נענעסען דאָס לאַנד, וי ראָסט עסט 
אייזען, און די סאַציאליסטישע באווענוננ האָט דערפון געליטען 
אָהן אַ שיעור. 


אין דעם דייטשען סאַציאל-דעמאָקראטישען קלוב האָב איך 
און מיין פרוי געפונען גענאָסע אַדלער און גענאָסע באוער, און 
באַלד זיינען אָננעקומען נאָך מיטנלידער פון דעם קלוב. סיר 
זיינען נעזעסען און נעשמועסט, ביז עס איז געווארען עלף אוהר, 
דאַן האָט מען אונז אַרויפנעפיהרט אויף דעם אויבערשטען עטאַזש 
אין דעם פּאַרלאמענט גופא, אין איינע פון די ספּעציעלע לֹאַ- 


100 בלעמער פון מיין לעבען 


זשען, וועלכע די דעפוטאטען האָבען נגעהאַלטען פאר זייערע 
איינגעלאדענע פריינט,. פון דארטען האָבען מיר צונעזעהן די 
פּארלאמענט זיצונג, אחין איז צו אונז באַלד ארויפנעקומען 
דער באקאנטער פיהרער פון דער פּוילישער סאַציאליסטישער 
באַװעגונג, דאַשינסקי, מיט וועמען איך בין שוין באקאנט געווען 
פון פריהער, פון זיין באַזוך אין אמעריקא. סיר האָבען זיך 
װאָרים באַנריסט און נגעהאָט א קורצען נעשפּרעך. 


4 


הערמאַן דיאמאָנט. -- אַן ערינערונג אָן 1882, 


צו מיר אין אויך ארויפגעקומען װיקטאָר אַדלער איך 
האָב אויסגעדריקט אַ וואונש באקאנט צו וװערען מיט דעם פּוי 
לישען סאַציאלדדעמאָקראטישען דעפּוטאַט הערמאן דיאמאנט, 
דעם לעמבערנער איד, וועלכער איז איצט, ווען דיזע שורות ווערען 
געשריבען, איינער פון די וויכטינסטע סאַציאליסטישע דעפּו- 
טאַטען אין דעם װאַרשעװער סעים. זיין נאָמען געפינט זיך 
אין דעם צווייטען באנד פון דיזע , בלעטער" (פּיידזש 81780), 
דאָרטען וואו עס ווערט דערצעהלט וװענען דער רייזע פון אונ- 
זערע ערשטע אימיגראנטען דורך נאליציען קיין אמעריקא. 
ווען דער ,עם עולם" איז דורכגעפאהרען לעמבערג, האָט איהם 
אויפגענומען א קאָמיטעט פוֹן נעבילדעטע אידישע יונגע לייט, 
קינדער פון די פּני פון שטאָדט. די הויפּט אָנפיהרער פון דער 
גרופּע זיינען געווען ריאמאָנט און נאססיג (וועלכער אין שפּע- 
טער באקאנט געווארען אלס ציוניסט), זיי האָבען די װאַנדערער 
ארויסגעוויזען אַ ווארעמע נאסט-פריינדליכקייט ‏ א גאנצע װאָך 
איז דער ,עם עולם" דארטען פארבליבען. פיין פרוי אין געווען 
איינע פון די פּראָמינענטסטע עם-עולם-ניצעס.. אלא אין איהר 
איצט אינטערעסאנט נעווען מיט דיאמאָנט'ען זיך וידער צו 
טרעפען, 
אַדלער איזן מיט איהם ארויפנעקומען צו אונן אין דער 


לאַזשע. זי אין איהם פֿאָרגנעקומען באקאנט, און וען מען 
האָט איהם דערמאָנט אָן דעם ,עם עולם", האָט ער איהר דֶער- 


ווידער אין איוראָסא 101 


קענט. דער ,עם עולם" איז דורכגעפאהרען דורך לעמבערג אין 
אָנהוֹיב זומער, 1882, און דאָ האלטען מיר ביי דעם זומער 
2, א געשיכטע פון דרייסיג יאֶָהר! אָבער די רייזע פון 
,עם עולם" האָט דאַן געמאכט אַ גרויסען רושם אין לעמבערג, 
און פאַר די יונגע לייט פון דעם קאָמיטעט, וואס האָבען ארום 
די דורכרייזענדע ארומגעפּאדעט, אין דאָס געווען אן אונפאר- 
נעסליכע נעשעהעניש. 


שפּעטער אַביסע? בין איך אויך באקאנט געווארען מיט 
דעם דעפּוטאַט ליבערמאן פון פּשעמיש?, אויך א מיטגליד פון 
דעם סאַציאל-דעמאָקראטישען קלוב, און אויך א איד, 


פריהער האָט איבער'ן נאנצען הויז נגעקאָכט וי אין א 
קעסעל. עס איז געשטאַנען עפּעס א טשעכישער (ניט סאַציא- 
ליסטישער) דעפּוטאַט און געהאַלטען א רעדע, אָבער אויסער די 
סטענאָגראפיסטען, וועלכע האָבען זיך ספּעציעל אװעקגעזעצט 
לעבען איהם, און עטליכע פון זיין פּאַרטײ, האָט זיך קיינער 
ניט צוגעהערט. עס האָט געהוזשעט און געליארעמט; דער 
גאנצער קראוד פון אומנעפעהר פינף הונדערט דעפּוטאַטען אין 
געווען צוטיילט אויף גרופּען, און יעדע גרופּע האָט נעשמועסט, 
נעקרינט זיך, געשריען, געמאכט מיט די הענט. דער איז געזע- 
סען, דער איז געשטאַנען, דער אין געשטאַנען מיט'ן פּנים אַהין, 
דער מיט'ן פּנים אַהער, אין סך הכל האָט עס אויסגעזעהן ניט 
װוי א פּאַרלאַמענט, נאָר װוי א יאריד אָדער א בירזשע. 


די דעבאַטע איז געווען איבער א פארנרעסערונג פון דער 
ארמיי. די רענירוננ האָט געװאָלט, אן אנשטאָט דריי יאהר, 
זאָל מען דינען צוויי, אָבער דערפאר זאָל מען נעמען אוננעפעהר 
מיט 80 פּראָצענט מעהר סאָלדאַטען, װוי פריהער. די סאַציאליס- 
טען זיינען געווען די אָפּאָזיציע צו דעם פאַרנעשלאַנענעם געזעץ, 
און זייערע רעדעס האָבען געמאכט אן אומנעהויערען איינדרוק 
איבער'ן נאנצען לאנד. די פארגרעסערונג פון די מיליטערישע 
לאסטען האָט אין די מאסען קיין צופרידענהייט, נאַטירליך, ניט 
ארויסגערופען. דער סאַציאליסטישער פּראָטעסט האָט אויסנע- 
דריקט דעם ווילען פון פאָלָק, 


109 בלעמער פון מיין לעבען | 


ווען דער סאַציאליסט זאַיץ, אַ הויכער, פול געבויטער מאַן 
מיט אַ בלאַנדער באָרד, מיט א קלונען אינטעלינענטען פּנים, 
האָט זיך אַנידערגעשטעלט, איז געװאָרען שטיל, דער יאַריד האָט 
אויפנעהערט.. זאיץ האָט אַ גוטע שטימע, און מען האָט נע- 
הערט זיין יעדען װאָרט. זיין באמערקונג אין אָבער געװען 
בלויז איבער א טעכנישען פּונקט, און באלד האָט אַנאַנדער 
דעפּוטאַט באַקומען דאָס װאָרט אין דער הויפּט דעבאטע. עס 
איז ווידער נעווארען א מישענינע. פילע דעפּוטאטען זיינען 
גאָר ארויס, 


ביי איין פּונקט האָט װיקטאָר אַדלער צו די , פּאַטריאָטען", 
וועלכע האָבען אונטערשטיצט דעם געזעײפּראיעקט, אויסגערו- 
פען: , מיט דיזער קאָמעדיע וװועט איהר קיינעם ניט אָפּנאַרען!" 
און אַנדערע סאַציאַליסטישע דעפּוטאַטען האָבען געשריען: 
, קאָמעדיאַנטען !1" ,רעגירונגס-קנעכט!? ,די קאַפּיטאַליסטען 
באַצאָהלען אייך פאַר אייער טרייער דינסט!" 


אין אלעמען האָב איך אין פּאַרלאַמענט פארבראכט פיר 
טענ. פון די סאַציאליסטישע דעפּוטאַטען האָב איך געהערט 
דיאמאַנט'ען, ליבערמאַן'ען, אַ טשעכישען סאַציאליסט מיט'ן 
נאָמען האַווערמאן, א דייטשען גענאָסע מיט'ן נאָמען ווינאר- 
סקי און נאָך א פֹּאָר (דאַשינסקי האָט געהאַלטען אַ רעדע מיט 
אַ טאָג פריהער,. ער איז געווען איינער פון די בעסטע רעדנער 
אין פּאַרלאַמענט). אלע האָבען זיי שאַרף קריטיקירט די רע- 
נירוננג און אָנגעוויזען אויף דעם פאַקט, אז די אַרמײ אין 
הויפּטזעכליך א שוץ פאר קאַפּיטאל גענען אַרבײטער. 


נאָך דער זיצונג, האָט דיאמאָנט מיך און מיין פרוי גע- 
פיהרט ווייזען די פארשידענע זאַלען און ביוראָס פון דער פּאַר" 
לאַמענט נגעביידע. פון דעם נעשפּרעך, וואס מיר האָבען געהאט 
אַזױ שפּאַצירענדיג איבער די קאָרידאָרען און צימערען, נעדענק 
איך אם דייטליכסטען, וי דיאמאנט האָט פאר אונז געשילדערט 
װיקטאָר אַדלער'ס פּאָפּולאַריטעט אין גאַנץ עסטרייך, , פיינד אַזױ 
גוט װי פריינד האָבען דעם העכסטען רעספּעקט צו איהם", -- 
האָט ער געזאָגט. 


ווידער אין אייראָבאַ 108 


5 


סצענעס אויף סאָציאַליסטישע פאַרזאַמלונגען אין וויען. -- 
עלענבאָגען. -- װױנאַרסקי. --- ליימנער, 


אין דער צייט, ווען אין דעם עסטרייכישען פּארלאמענט אין 
פאָרגעקומען די דעבאַטע וענען דעם נייעם געזעץ מכח דער 
מיליטער דינסט, און די סאַציאליסטישע דעפּוטאַטען האָבען דעם 
פּלאַן שאַרף קריטיקירט, האָט די סאָציאליסטישע פּאַרטײ וענען 
דעם ענין אָפּגעהאַלטען פילע מאַס-מיטינגען, אויף וועלכע די 
פראגע אין ערקלערט געווארען פון איהר שטאַנדפּונקט איך 
האָב בייגעוואוינט צוויי פון דיזע מיטיננען. ביידע זיינען פאָך- 
געקומען אין ארבייטער קװאַרטאַלען אין צוויי ווייט אָפּגעזנ- 
דערטע געגענדען. אויף דער ערשטער פון זיי בין איך געקומען 
אַ שטונדע פאַר די רעדעס און האָב געשמועסט מיט עטליכע 
פון די אנוועזענדע ארבייטער. אויך האָב איך געהאט נע- 
שפּרעכען נאָך דער פארזאמלונג. די רעדנער זיינען געװען 
דער אויבען-דערמאַנטער גענאָסע ווינארסקי און דר. עלענבאָגען 
(א פיהרער פון דער עסטרייכישער באווענונג, מיט וועלכען איך 
בין באַקאַנט געװאָרען אויף דעם בריסעלער קאָנגרעס און וועמען 
איך האָב צוויי יאֶָהר שפּעטער געהערט אויף אַ פאַרזאַמלונג אין 
וויען (זעה דריטען באַנד, פּיירזש 814). 

דער עולם איז געזעסען אַרום די טישען ביי גלעזער ביר, 
אָדער ביי טעלער מיט שפּייז, מיט ביר ביי דער זייט. עס האָט 
אויסגעזעהן, װי אן אָרעמער רעסטאָראן מיט א פּלאַטפאָרמע 
פאַר אַ פאָרזיצענדען און אַ רעדנער,. פילע האָבען שוין ניט 
געפונען קיין פּלאַץ ביי די טישען, זיינען זיי געשטאַנען. קעלנערס 
זיינען ארומגעגאנגען און דערלאנגט ביר אָדער עסען. דער 
רעדנער איז געשטאַנען און גערעדט, און זיינע צוהערער האָבען 
געטרונקען, נעגעסען און זיך צונעהערט. 

קיין קראגענס האָט מען כמעט ניט געזעהן. דאָס אין נע- 
ווען אן ארבייטער מאַסע אקאָרשט פון דער ארבייט, אין 
,דזשאַמפּערס? אדער אין די אָרעמע װאַכעדיגע רעקלעך, אין 
וועלכע זיי געהען אין שאפּ; פילע פון זיי מיט לולקעס אין 


104 בלעטער פון מיין לעבען 


די מיילער. די פרויען זיינען אויך געווען אָנגעטאָן, װי ביי דער 
ארבייט אין שאפּ אדער אין קיך, אֶהן העטס, און אין איינ- 
פאכע באוועלנע קליידלעך און יאקלעך און איינינע מיט פאר- 
טוכער. 

גאָר ניט וי אן ארבייטער מיטינג אין אמעריקא. 

פילע האָבען געלאָזען שטעהן אביסעלע ביר אין גלאָז, כדי 
דער קעלנער זאָל זיי ניט דערמאָנען וועגען נאָך א גלאָז. נאָך 
א נלאָז האָט זיך געגלוסט, נאָר מען האָט זיך ניט געקענט פאר- 
נינען. 

דער פאָרזיצענדער פון דער פארזאמלונג איז געווען געקליידט 
עטוואס בעסער װי די איברינע ארבייטער, אין זיינע זונטאָג- 
דינע בנדים מסתמא. די רעדנער אָבער זיינען נגעווען אָנגעטאָן 
גאנץ נעט, װי מענשען פון די פּראָפּעסיאָנעלע קלאסען. 

צוזאמען מיט'ן פאָרזיצענדען אין אויף דער פּלאטפאָרמע 
נעזעסען א פּאַליציי קאָמיסאר אין זיין יוניפאָרם. ‏ אזוי פלענט 
דאָס דאן זיין אויף דאָס רוב פארזאמלוננען אין עסטרייך און 
אין דייטשלאַנד,. טאָמער אין דעם קאָמיסאר עפּעס ניט נע- 
פעלען געווארען, פלענט ער דעם רעדנער רופען צו ארדנונג 
אָדער די פארזאמלוננג שליסען אין רעכטען מיטען. 


אין דייטשלאַנד איזן נעווען נאָך ערנער. דארטען פלעגט 
יעדע פארזאמלונג זיך מוזען ענדינען מיט א הויך" געשריי 
לכבוד דעם קייזער. מיט 19 יאהר פריהער איז אָבער אין וויען 
אויך געווען א סך שטרעננער. | 


אויף דער וויענער פארזאמלונג, ווענען וועלכער מיר ריידען 
דאָ, האָט דער פּאַליצייקאָמיסאר זיך נעהאלטען זעהר העפ- 
ליך. ער האָט אַלֶע ויילע זיך נגעװוענדעט צום פאָרזיצענדען 
מיט אַ שפּאָס, מיט אַ פריינדליכען שמייכעל,. די רעדנער האָ- 
בען נערעדט שאַרף, אָבער ער האָט זיי ניט געשטערט. ער 
האָט פילעס פארצייכענט. ער האָט זיי אָבער ניט אונטערבראָכען. 
ווען דער רעדנער האָט אָננעגריפען די מיניסטאָרען, אָדער די 
נענעראלען פון דער ארמיי, אדער די רענירוננ אין אלנעמיין, 
און דער זאָל האָט געקראכט פון נעלעכטער אָדער צאָרךנע- 


ווידער אין אויראָמאַ 105 


שרייען, פלענט ער מאַכען אן ערנסטע מינע און אַראָפּלאָזען די 
אוינען, אזוי װוי א פארשעמטער. 


דער אינטערעסאנטסטער מאָמענט איז געווען, ווען דער רעך- 
נער (װינאַרסקי) האָט דערמאָנט דעם עסטרייכישען קייזער. 
מיט אייניגע טעג פריהער אין פארנעקומען אזא געשיכטע: 
אַ רוטענישער דעפּוטאַט (ניט קיין סאַציאליסט) האָט אין פּאַר- 
לאַמענט געהאלטען אַ רעדע צויי טעג נאָכאַנאַנד, נאָר מיט'ן 
צוועק צו פאַרלענגערען די דעבאַטע, אין , אָבסטרוקציע" (שטע- 
רען די פאַרהאַנדלונגען). דאן האָט דער הויפּט מיניסטער איהם 
צוגעשיקט אַ צעטעלע פון קייזער, מיט עטליכע פריינדליכע שורות 
וועגען די רוטענער, און דאָס שטיקע? פּאַפּיר האָט געװירקט 
וי אַ רעצעפּט פון אַ גוטען דאָקטאָר, די רוטענישע נאַציאַנא- 
ליסטען, וועלכע האָבען דער רעגירונג'ס געזעץ-פּראָיעקט נע- 
װאָלט שטערען, זיינען פּלוצלונג געווארען איהרע טרייסטע שטי- 
צער האָבען זיך אָבער באַלײידיגט די פּוילישע פאַטריאטען, 
פארװאָס דער קייזער שרייבט אַ גרוס צוֹ די רוטענער און ניט 
צו זיי. האָם דער הוֹיפּט-מיניפטער באלד געבראכט פון קייזער 
אַ צעטעלע צו די פּאַליאַקען אויך. דאָס אַלעס האָט װינארסקי 
אוֹיה דער פארזאמלונג געשילדערט מיט הומאָר. דעם קייזער 
אַליין האָט ער אייגענטליך מיט ווערטער ניט אָנגעריהרט. אָבער 
דער טאָן, אין װעלכען ער האָט גערעדט װענען איהם, און 
איבערגעגעבען די נאנצע געשיכטע, האָט מיט קיין רעספעקט 
צו איהם ניט געקלונגען. , צווישען די שורות" האָט געהילכט 
שפּאָט און אָפּלאַכעניש און דער עולם האָט געקייכט פון 
נעלעכטער, 


ווען עס פלעגט זיך האַנדלען ווענען דעם קייזער, אין אין 
עסטרייך געװוען א סך ויינינער רעדע-פרייחייט, וי אין באַצונ 
צו אַנדערע ענינים. די עסטרייכישע מיניסטארען, די עסטריי- 
כישע רעגירונג אין אלגעמיין, האָט מען די סאַציאליסטען ער- 
לויבט צו אַטאַקירען כמעט אָהֹן א שיעור. זינט עס אין גענע- 
בען געווארען אלגעמיינע שטים-רעכט, און די סאַציאל-דעמאָקרא- 
טיע איז געווארען א גרויסע פּאָליטישע מאכט, אין אין פאנד 


106 בלעטער פון מיין לעבען 


געווארען א סך פרייער וי פריהער. די קייזערליכע פאמיליע 
איז אָבער אַלץ נגעווען געפערליך אֶנצוֹריהרען. 

דער אויבען-דערמאַנטער אָטטאָ באוער האָט אין אַ גע- 
שפּרעך, וואס איך האָב מיט איהם געהאַט אַ פֹּאַר טעג שפּעטער, 
נעזאָגט: , ביי סטרייקס אָדער דעמאַנסטראציעס שטערט אונז 
די פּאָליציי וויינינער, װוי די ארבייטער ווערען געשטערט אין 
דייטשלאַנד דערפאר קענען די סאַציאליסטישע צייטונגען פון 
דייטשלאַנד זיך ערלויבען מעהר פרייהייטען וי אונזער פּרעסע, 
ווען עס האַנדעלט זיך װענען דעם קייזער. אין דיזער באַ- 
ציהונג איז ביי אונז פיל שטרענגער װווי דאָרטען," 

ווען װינאַרסקי האָט גענומען ריידען װענען דעם קייזער'ס 
צעטעלע און דעם קייזער'ס ,גרוס", און דער עולם האָט געלאכט 
אויפ'ן קול, האָב איך די אויגען ניט אַראָפּנענומען פון דעם 
פּאַליציידקאָמיסאַר,. אָבער אַלץ װאָס ער האָט געטאָן איז בא- 
שטאנען אין דעם, װאָס ער האָט אַ סך פאַרצייכענט אין זיין 
נאָטיץ-ביכעל. אונטערבראָכען דעם רעדנער האָט ער ניט. 

אָט זיינען אַ פּאָר שטעלען פון די, װאָס איך האָב פאר- 
שריבען פון װינאַרסקי'ס רעדע. 

,מען זאָגט אונז, אַז מיר מוזען האָבען אַן אַרמײי צו בא- 
שיצען דאָס לאַנד... צו באשיצען וועמען? די רייכע? אױיב 
דאָס ארבייטענדע פאלק דאַרף האָבען באשיצונג, טאָ זאָל עס 
צוערשט האָבען װאָס צו באשיצען (דערביי וװערט אין זאַל אַ 
געשריי: ;נאַנץ ריכטינ! זעהר ריכטיג!"), זאָלען די ארביי- 
טער האָבען אַן אַנשטענדיג לעבען; זאָל צו זיי געהערען דאָס, 
װאָס זיי שאַפען מיט זייער פּראצע. זאָל מען זיי ניט בארויבען, 
די רויבער דאַרפען האָבען די ארמיי, ניט די ארבייטער (אַ 
געשריי ; װאָס דען ? אַזױ איז עס! זעהר ריכטיג!), און אויב 
אַן אַרמײ איז שוין יא נויטינ, דאַרף דאָס פאָלק זיך ניט בלו- 
טינען, אום מאַסען אפיצירען זאָלען קענען לעבען אין גלאנץ און 
וואוילטאָג און פאַרברענגען די צייט אויף פּאַראַדען מיט צערע- 
מאָניעס, מיט הולטאיסטװאָ. זאָל יעדער בירגער, יעדער אַר- 
בייטער זיין א סאָלדאט און טאַקע האָבען אַ ביקס ביי זיך אין 
שטוב. דאָס װאָלט געווען אן אמת'ע אַרמײי, אַן אמת'ע באשי- 


ווידער אין אווראָמאָ 10 


צונג. אָבער דאָס װאָלט נגעווען צו געפעהרליך פאַר דרי מאַכט- 
האָבענדע! (געלעכטער און אַפּלאָריסמענטען. איינער פון די 
צוהערער שרייט אוֹיס: , דאַן װאָלט אַלְץ נעװאָרען פּונקט פאַר- 
קערט וי היינט"!). עס פאַרשטעהט זיך, די רויבער פון פאלק 
האָבען מורא די אַרבײיטער צו נעבען געווער אַהיים... זיי מוזען 
דעם סאָלדאט האלטען אין קאַזאַרמע, מאַכען פון איהם אַן אינ- 
סטרומענט געגען זיינע איינענע אינטערעסען". 

דער נעקסטער רעדנער, דר. עלענבאָגען, האָט צווישען אַנן- 
דערעס געזאָנט: ,אין אונזער פּאַרלאַמענט הערשט דאָס רוב אַ 
טומעל, אַ מישענינע. די פארשידענע גרופּען קענען ניט דורכ- 
קומען צווישען זיך. אָבער יעדעס מאָל, וען עס האַנדעלט זיך 
וועגען אונטערדריקען דעם אַרבייטענדען פאָלק, ווערען די אַלע 
גרופּען פאַראיינינגט. איצט וילען זיי אַ פארגרעסערטע אַרמײי 
צו דיזען צוועק. אַלזאָ, שטימען פיר פינפטעל פון די דעפּוטאַטען 
פאַר דעם. סמיר, סאַציאַלידעמאָקראַטען, ווילען באשיצען אונזער 
לאַנד מיט אונזער בלוט; מיר ווילען אָבער זיין די בעלי-בתים 
איבער אונזער בלוט (הויכע אַפּלאָדיסמענטען און צופרידענע 
געשרייען). מיר ווילען ניט, אַז די זיהן פון קאַפּיטאַליסטען און 
פון פּריצים, וועלכע פּראַנטעווען אין אָפיצערסקע קליידער, זאָלען 
זיין די בעלי בתים איבער אונזער ארמיי. זאָל דאָס נאַנצע פאָלק 
זיין די אַרמײ, און זאָל עס אַליין זיין דער בעל-הבית איבער זיך, 
זאָל דאָס פאָלק אַליין באשליסען, צי װי? ער האָבען אַ מלחמה 
צי ניט". 

ווען אַ דעדנער האָט נעבראכט אַ פאַקט, וועלכער האָט גע- 
וויזען װי די מאַכט:האָבענדע באשווינדלען און בארויבען דעם 
פאָלק, האָבען די צוהערער געשריען: ,פוי, פוי!" און עטליכע 
מאָל האָבען זיך געהערט אַזעלכע ווערטער װי: , שורקען! באנ- 
דיטען!" | 

די רעדנער זיינען שוין צוגנעוואוינט צו דיזע אונטערברע- 
כוננען. און סך הכל נגיט דאָס דעם מיטינג א כאראקטער פון אַ 
היימישער פאַרזאמלונג מיט געשפּרעך אֶהן צערעמאָניעס. 

די צווייטע פאַרזאַמלונג, װאָס איך האָב בייגעואוינט, אין 
געווען אין אַ פיל נרעסערען זאָל און ניט אין אַ פּריװאַט האַלע, 


108 | בלעטער פון מיין לעבען 


נאָר אין איינעם פון די פיר גרויסע אַרבײיטער-הײמען (לייבאָר 
לייסעאומס), וועלכע די פּאַרטײי האָט דאַן געהאָט אין ויען. 
דאָס זיינען געווען גרויסע געביידעס, יעדע מיט אַ רעסטאָראַן, 
א לעזע-צימער, פארשידענע מיטיננ-זאַלען און אָפיסעס פון די 
יוניאָנס אָדער פון דער פּאַרטײ, 

די סצענעס אויף דעם צווייטען מיטינג זיינען געווען עהנליך 
צו די אויבען-דערמאָנטע. אויך טישען, ארום וועלכע מען איז 
געזעסען מיט ביר און מיט שפּיז. אויך איזן לעבען דעם פאָר- 
זיצענדען געזעסען א פּאַליציײקאָמיסאַר, 

די רעדעס זיינען געהאַלטען געװאָרען פון אַ סאַציאַליסט 
מיט'ן נאָמען לייטנער, אַ געוועזענער אפיציר, און פון דעם אויבען- 
דערמאָנטען גענאָסע זאַיץ. ביידע רעדעס זיינען געווען אינהאלטס- 
רייך. זאַיץ איז געווען א בעסערער רעדנער מיט אַ בעסערער 
שטימע, און מיט. מעהר טעמפּעראַמענט.*). אָבער דעם שטארק- 
סטען איינדרוק האָט אויף מיר געמאַכט אַ געוויסע שטעלע אין 
לייטנער'ס רעדע. ער האָט באויזען, אַז דורך דעם, װאָס מען 
וועט שטאַרק פאַרנרעסערען די אַרמײ, װועט מען געצואוננען 
זיין פאַר רעקרוטען צו נעמען שװאַכע און קראנקע יוננע לייט, 
דערביי האָט ער נעשילדערט, וי דאָס פאלק איז אויסנגעהוננערט, 
וי דורך דער קאַפּיטאַליסטישער רויבעריי ווערען ביי די אַרבײ- 
טער-מאסען געבאָרען אַלץ שװאַכערע קינדער, וי עס וואקסט אַ 
דאַרע קװואַרע באפעלקערונג. דערביי איזן אין זאָל פאָרגעקומען 
אַ מערקווירדינע סצענע. סיט אַ וילדען צאָרן האָט מען גע- 
שריען : ,פוי 1" און פילע פון די אַנװעזענדע פרויען האָבען זיך 
צושריען מיט היסטערישע קולות : ,נידערטרעכטינע באנדיטען! 
מערדער !" | 

די דעבאטע אין פּאַרלאַמענט האָט אָננעהאַלטען פיר טענ. 
די רענירונג האָט נאטירליך אויסנעפיהרט. די שטעלונג און די 
רעדעס פון די סאַציאַליסטישע דעפּוטאַטען האָבען אָבער נעמאַכט 
אַ גרויסען רושם איבער'ן לאַנד. 


*) שפּעטער, נאָך דער רעװאַלוציע, איז ער געווען דער ערשטער 
פּרעזידענט פון דער עסטרויכישער רעפּובליק, און ווען דיזע שורות 
ווערען געשריבען, אין 1929, איז ער מעיאָר פון וווען. 


ווידער אין אייראָפּאַ 109 


0 
א פּאַר טעג אין בודאַפּעסט. 


פון וויען בין איך אויף אַ שיף איבער דעם דאֲנאוֹ אַריבער- 
געפאָהרען קיין בודאַפּעסט אויף א פַּאֶר טענ,. דער טייך וװוערט 
באזוננען אַלס דער , בלאַהער דאנאו", אין דער אמת'ען הויבט 
ער ניט אָן צו זיין בלאָה. ער אין געל, גרינליך-נעל, אָדער גראָח. 
שעהן איז ער אָבער דאָך, זיינע ברעגעס אודאי. ‏ שעהנע בערג, 
פעלדער, לאָנקעס, וועלדער, וועלדלאך. דאָ צוניסט ער זיך אין 
אַן אָזערע; דאָ -- ביי אַ וועלדעל? -- צוצװויינט ער זיך אויף 
צוויי טייכען ; דאָ און דאָרטען טראָנט זיך די שיף פארביי אַ 
פּרעכטיגען קליינעם אינזעלע. אַ שעהנע נאַטור, אַ סמילדע, אַ 
געמיטליכע. 


מיר זיינען אָנגעקומען אין בודאַפּעסט, זיך אָפּנעשטעלט 
אין אַ האָטעל, אָפּנעגעסען אַ גוטען אונגאַרישען מאָהלצייט, ארויס 
אויפ'ן גאַס און געפּרואװוט נעמען אַ דראַשקע זיך דורכצופאָהרען 
צו באקוקען די שטאָדט. דראַָשקעס האָט איהר דאָ געהאַט וויפיל 
איהר ווילט, אָבער אויף דייטש ענטפערען אייך די קוטשערס ניט, 
געוועהנליך האָט מען אין בודאַפּעסט נערעדט דייטש אזויםיל, װוי- 
פיל אונגאריש. דער נאַציאָנאליזם האָט אָבער דאמאָלס געהאלטען 
אין רעכטען פלאַקער, און קיין אנדער שפּראך װוי אוננאריש האָט 
מען ניט אנערקענט. אַ פּאָר אידישע קוטשערס זיינען נאָך געווען 
שאָוויניסטישער װוי די אַנדערע. 


מיר זיינען געווען אין פאַרצוייפלונג. אָבער אן אינטעלי- 
גענטער אוננאַרישער איד, וועלכער האָט צונעקוקט די סצענע, 
האָט פאָרגעשלאָנען אונז צו העלפען. ער האָט געדינט אלס און- 
זער דאָלמעטשער, און אויף דיזען אַרט האָבען מיר באקומען אַ 
דראַשקע. 

אַ גרויסע שעהנע שטאָדט בודאַפּעסט. אַנדראשי שטראסע, 
איהר שעהנסטע נאס, אין א לאַננע ברייטע איינדרוקספולע 
עוועניו פאַראַן אויך אַ פַּאֶר פיינע געשעפטסנאַסען מיט גרויסע 
רייכע קראָמען, לעבעדיגע קאַפעס, רעסטאָראנען,. דער צענטער 


110 בלעמער פון מיין לעבען 


פון שטאָדט איז געווען פו? מיט לעבען. וי מיר זיינען דורב- 
געפאָהרען דורך דער אנדראשי שטראַסע, האָט דער קוטשער פון 
דער דראָשקע אונז אנגעוויזען אױױיף דעם פּאַלאַץ פון גראַף 
טשעשעני, וועלכער האָט דאַן שוין פון עטליכע יאָהר געהאַט אַן 
אַמעריקאַנער פרוי, װאַנדערבילט'ס אַ טאָכטער. דער אַמעריקאַ- 
נער נדן, װאָס ער האָט באקומען, האָם איהם געמאַכט פאַר דעם 
רייכסטען מאַן אין אונגאַרן. 


אין בודאַפּעסט איז סיר גראָד אויסגעקומען צו זיין, ווען 
דער אונגאַרישער פּאַרלאַמענט איז געווען באוואכט פון מיליטער, 
און די נאַנצע שטאָדט אין נעװען פול מיט זשאַנדאַרען. ביי 
יעדען געוועהנליכען פּאָליסמאן זיינען געשטאַנען דריי זשאַנדאָרען 
מיט ביקסען,. דער קאַמף פאַר אַלנעמײינע שטים:רעכט, וועלכער 
האָט אױיסגעבראָכען אין אונגאַרן צוליב דעם נייעם געזעץ- 
פּראָיעקט וועגען דער פאַרגרעסערונג פון דער ארמיי, אין נאָך 
דאַן ניט איינעשטילט געװאָרען : די בלוטינע מיטלען, מיט וועלכע 
גראַףף טיססא, דער פּרעזידענט פון דעם אונגארישען פּאַרלאַ- 
מענט *), האָט געאַרבײט דורכצושטופּען דיזען געזעץ, זיינען 
נאָך געווען אויף דער טאַגעס-אָרדנונג. אַלזאָ, האָט מען דעם בודאַ- 
פּעסטער פּאַרלאַמענט געהאַלטען באוואכט מיט פוס-סאַלדאַטען 
און מיט קאַװאַלעריע. איך האָב נגעזעהן די סאָלדאַטען, וי זיי 
זיינען נעזעסען אויף די טרעפּ פון די שעהנע פּאַרלאַמענט-געבײ- 
דעס מיט זייערע ביקסען צוזאַמענגעשטעלט אין נרופּען נאָהענט 
צום האַנט. איך האָב אויך געזעהן, וי אַן עסקאַדראָן דראגונער 
האָט געריטען צום זעלבען פּלאץ. ביי טיסא/ס ואוינונג האָב 
איך נעזעהן אַ נרופּע זשאַנדאַרען, 

די שטאָדט אין אַלגעמיין האָט אָבער געהאט א נעועהנ- 
ליכען אויסזעהן.. די ביטערע צוזאַמענשטױיסען זיינען שוין גע- 
ווען פאָראיבער, 


די סאַציאַליסטישע פּאַרטײ האָט נעשפּילט אַן אָנגעזעהענע 


*) אין דעם פּאַרלאַמענט פון וויען האָבען די אונגארען זיך נים 
באטייליגט. אַזוי װוי זייער לאַנד איז געװען א באזונדערע מדינה, האָט 
זי געהאַט אוהר אויגענעם פּאַרלאַמענט. 





ווידער אין אווראָפּאַ 111 


ראָלע אין דעם קאמף. מען האָט ערווארט, אַז די רענירונג װעט 
נאָכגעבען אין וויכטינע פּונקטען, 


וצ 


צוריק אין וויען. -- ר. אַבראמאַוויטש. --- א. ליטװאַס. -- 
װולאַדימיר מעדעם, 


מיר האָבען זיך אומנעקערט קיין ויען. מיר האָבען זיך 
אָפּנעשטעלט אין דעם זעלבען האָטעל, וואו מיר זיינען פריהער 
איינגעשטאַנען. אין וויען האָט זיך דאַן געפונען ר. אַבראמֿאַ- 
וויטש, וועלכער אין דאַן הויפּטזעכליך נגעװוען באקאנט אלס 
איינער פון די וויכטיגסטע פיהרער פון דעם ,בונד". ועגען 
זיין באזוך אין ניו יאָרק איז דערצעהלט געװאָרען אין דעם פערטען 
באַנד, וואו עס געפינט זיך אויך זיין בילד (זעה פערטען באנד, 
פּיידזש 414), ער האָט געוואוינט אין ויען מיט זיין פרוי און 
קינד. ‏ איך האָב די פאַמיליע באזוכט עטליכע מאָל, פון די 
נעשפּרעכען מיט איהם בין איך באקאנט נעװאָרען מיט אינטע- 
רעסאַנטע שטריכען פון דער סאַציאַלידעמאַקראַטישער באווענוננ 
אין עסטרייך און אויך פון דעם לעבען פון די רוסישע רעװאָלן- 
ציאָנערען, װאָס האָבען זיך דאַן געפונען אין וויען. 

דער אידישער שרייבער א. ליטװאַק, דער בונדיסט, איז דאַן 
אויך געווען אין וויען. מיט איהם בין איך באקאנט געװאָרען 
נאָך פריהער, אין ניו יאָרק. אויך האָט דאַן דאָרטען געוואוינט 
װולאַדימיר מעדעם. איך האָב זיך דאָרטען מיט איהם נע- 
טראָפען צום ערשטען מאָל,. די באקאנטשאפט האָט שטאַטנע- 
פונדען אין דעם באריהמטען אוניווערזיטעט-קאַפע, וואו מעדעם, 
ליטװאַק און איך האָבען פארבראכט אַ גאַנצען אַװענט צוזאַמען. 

וועגען מעדעם'ען האָב איך, נאַטירליך, א סך נעהערט. 
איצט זיינען מיר עטליכע שטונדען אָפּנעזעסען צוזאַמען און נע- 
שמועסט, און דער איינדרוק, װאָס איך האָב באקומען וענען 
איהם פון פריהער, איז באשטעטיגט געװאָרען --- א זאַך, װאָס 
פּאַסירט ניט אָפט ; וװאָרים נגעוועהנליך, ווען איהר זעהט אַ מענ- 
שען , אין פלייש און בלוט", באַקומט איהר אַ גאַנץ אַנדער בא- 
גריףּ, וי דער, וועלכער האָט זיך אױיסנעארבייט אין אייער גע- 


112 בלעטער פון מיין לעבען 


דאַנק פון פריהער,. איך האָב זיך איהם פריהער פאָרנעשטעלט 
וי א ,פּאַניטש", אַי יונגער קריסטליכער אַדעליגער. און אַזױי 
איז ער איצט געווען אין מיינע אוינען. ער איז געװען שעהן, 
מיט א חן, וועלכער איז נגעווען דורכגעדרונגען מיט אַ ניט-אידי- 
שען מין זעלבסט-ווירדע אֶהן נאוה. זיצענדיג מיט איהם ביים 
טישעל?, האָב איך זיך נעקלערט: וו קומט אַ איד צו אזא 
אויסדרוק אויפ'ן פּנים, מיט דיזען ספּעציעלען סאָרט חן? דאָס 
װאָס זיינע עלטערען האָבען זיך גע'שמד'ט, האָט דאָך זייערע 
געזיכטער ניט געענדערט. פון וועמען זשע האָט ער גע'ירש'ענט 
דיזען ניט-אידישען אויסדרוק מיט דיזער ניט-אידישער ווירדע ? 
שלאַגענד ניט-אידיש זיינען זיינע געזיכטס-שטריכען ניט געווען. 
עס איז אָבער אויך לייכט געווען זיך פאָרצושטעלען, אַז דאָס 
איז אַ פוילישער פּנים,. אָבער דאָס אַלְץ איז פארהעלטניסמעסיג 
ניט וויכטיג, זיינע מאנירען, זיינע האַװאַיעס, זיין אַרט רעדען, 
זיין האַלטען זיך, זיין געמיט --- אַלץ האָט אָנגעזאָגט, אַז דאָס 
איזן ניט קיין איד, אַזאַ איינדרוק האָט ער אויף מיר געמאַכט, 

דער פאַקט, אַז ער האָט זיך אומנעקערט צו אידען (ניט צו 
שוה?-אידען, נאָר צו דעם , בונד") און האָט זיך פאַר די אירישע 
אַרבײטער געאָפּמערט, האָט אין זיין פּנים אַ ספּעציעלען חן 
אריינגענעבען, --- אַזױ האָט זיך מיר נעדאַכט, וען איך האָב 
געקוקט אויף איהם. וען ער װאָלט געהאט אַן עכט אידישע 
געזיכט, מיט עכט אידישע האַװאַיעס, װאָלט דיזער ספּעציעלער 
חן דאָרטען ניט געווען. װאָס פאר אַ וואונדער איז דאָס, ווען 
אַ איד איז אַ בונדיסט ? וען א , פּאַניטש" אָבער ווידמעט זיין 
לעבען ספּעציעל צו אידישע ארבייטער --- דאָס אין שוין עפּעס 
אַנדערש. אין אַן אַרטיקע? אין , פאָרװערטס" האָב איך איהם 
אמאָל אָנגערופען , דער אוריאל אַקאָסטאַ פון אונזער באוועגוננ", 
און איצט, זיצענדינ מיט איהם אין דעם וויענער קאַפע, האָב איך 
איהם אין מיינע נעדאנקען אָנגערופען מיט דעמזעלבען נאָמען. 
אַ זאָנדערבאַרען איינדרוק האָט אויף מיר געמאַכט זיין אידישער 
5שון, זיין אויסשפּראך איז געווען וי ,אַ גנוי רעדט אידיש". 
ער האָט אונזער 5שון נעקענט גענוי, און ער האָט זיך אויף 
איהם אויסנגעדריקט פריי, ער האָט אויף איהם אָבער גערעדט, 


ווידער אין איוראָפּאַ 118 


אַזױי וי אַן אויסלענדער רעדט אויף דער פרעמדער שפּראך, וועלכע 
ער האָט אויסגעלערענט דורך אַ ביכעל. ער האָט געברויכט מעהר 
העברעאישע ווערטער, וי איך, אַ סך מעהר, אָבער דאָס נופא 
האָט באשטעטינט, אַז דאָס אין א נוי. אַן אויסלענדער, װאָס 
רעדט אויף אַ פרעמדער שפּראך, נעברויכט אַ סך מעחר הויכע 
ווערטער, וי דער, װאָס רעדט אויף איהר פון געבאָרענשאפט אָן, 


אין דער צייט, װאָס מיר האָבען אַזױ פאַרבראַכט אין דעם 
קאפע, האָט זיך דאָרטען ביי אן אַנדער טישעל נעפונען דער 
איצט װעלט-באַרימטער לעאָן טראָצקי, איך בין דאן מיט איהם 
ניט געווען באַקאַנט. איך האָב אבער געהערט פון איהם. און 
איך האָב געוואוסט, אז ער ניט אַרױיס א רוסישע סאַציאליסטישע 
צייטונג אין וויען דעם פאַקט, אז ער אין דאן נעזעסען אין 
דעמזעלבען קאפע, האָט מיר איבערנענעבען טראָצקי אַלֵיין אין 
7, ווען ער האָט זיך געפונען אין נין יאָרק און האָט באַ- 
זוכט דעם , פאָרווערטס" אֶפיס, 


--- איך האָב געװאָלט צוקומען צו אייער טישע? און באַקאַנט 
ווערען, איך בין אָבער געזעסען מיט אַ דאַמע, -- האָט ער 
מיר ערקלערט, 


1 


8 


די קאָנפערענץ פון די טערימאָריאליסטען. -- איזראעל 
זאַנגװיל. -- ש. יאצקאן. -- דאָקטאָר ראמנער. 


פון ליטואַק'ען האָב איך זיך דערוואוסט, אן אין ויען 
וועם מאָרנען זיך עפענען אַ קאָנפערענץ פון די טעריטאָריאליס- 
טען (צִיוניסטען, וועלכע האָבען זיך מיאש געווען פון אַ אידי- 
שע היים אין פּאלעסטינא און האָבען געזוכט אן אנדער פּלאץ, 
וואו די אידען װאָלטען געקענט גרינדען א זעלבסטשטענדינע 
רענירונג) ער האָט מיר גענעבען דעם אַדרעס, און מיר האָבען 
אָפּנעמאַכט זיך צו טרעפען. אויף מאָרנען זיינען מיר אַהין ביידע 
געקומען. דער פאָרזיצער פון דער פאַרזאמלונג איז געווען דער 
בארימטער עננלישער שריפטשטעלער איזראע? זאנגוויל. ‏ ער 


114 בלעטער פון מיין לעבען 


האָט די זיצונג געפיהרט אויף דער דייטשער שפּראך, אויף װעל- 
כער ער האָט נערעדט מיט גרויס שוערינקייט. אזוי װוי מיר 
זיינען געווען באקאנט פון ניו יאָרק, האָבען מיר זיך באַגריסט 
און אַ געוויסע צייט פאַרבראכט צוזאמען (זעה 4טען באַנד, 
פּיידזשעס 222--224)., 


ליטוואק האָט מיך פאָרגעשטעלט פאר אייניגע פון די דע- 
לענאטען, אויף דיזען ארט בין איך באקאנט געווארען מיט 
ש. יאצקאן, דער גרינדער און רעדאַקטאָר פון ,היינט", װאָס 
אין דאַן געווען די פאַרשפּרייטסטע אידישע צייטונג אין איו- 
ראפּא. פיין מיינוננ אין געווען, אזן ער איז דער איינציגער 
אידישער זשורנאַליסט אין אייראפּא, וואס שרייבט אידיש אזוי, 
אן עס זאָל זיין פארשטענדליך פאר דעם איינפאכען עולם. 
איך האָב גענלויבט, אז דאָס אין איינע פון די וויכטינסטע אור- 
זאכען פון זיין ערפאָלנ. די צייטונג אין ארויסגעגעבען געווא- 
רען גאַנץ אַנדערש, וי אונזער , פאָרװוערטס", אָבער אויך די 
אומשטענדען זיינען אין רוסלאַנד געווען נאַנץ אַנדערע, וי אין 
אמעריקא, 


--- מיר האָבען שוין לאננ נעדארפט באקאנט וערען, -- 
האָט יאצקאן צו מיר נעזאָגט ביים באַגריסען זיך. דאָס אין 
געווען אַן אָנצוהערעניש אויף דעם פאַקט, אז דער , פאָרווערטס" 
האָט אַ גרויסען ערפאָלג אין אמעריקא, און זיין ,היינט" האָט 
א גרויסען ערפאָלנ אין אייראפּא, 


דערביי האָט זיך אויך נעפונען דער באקאנטער וויענער דאָק- 
טאָר ראטנער, א פיהרער פון די עסיעסאָווצעס" (ציוניסטען 
סאַציאליסטען). מען האָט דערצעהלט וענען א פאמיליע-דרא- 
מא, פון וועלכער ער איז געווען דער ליידענדער צד. וען איך 
האָב זיך מיט איהם באנעגענט, איז ער נעווען טיילווייז פּאַראַ- 
ליזירט און מענשען, וואס זיינען נעווען באקאנט מיט דער נע- 
שיכטע, האָבען מיר ערקלערט, אז דאָס אין א רעזולטאָט פון 
דער טראגעדיע. ער האָט זעהר ויינינ נערעדט. עס איז איהם 
שווער געווען צו ריידען. ‏ אנשטאָט דעם האָט ער געשמייכעלט 
מיט אַ זעהר סימפּאַטישען, טרויערינען שמייכעל, 


ווידער אין אווראָפאַ 115 


9 
ביי אַ באַריהמטען דאָקטאָר, 


מיין הויפּט צוועק פון קומען אין וויען איז נעווען צו באַ- 
זוכען איינעם פון די דאָרטינע באַריהמטע דאָקטוירים. איך 
האָב זיך באראטען מיט וויענער פריינט, און מען האָט מיר אָנ- 
גערופען דאָקטאָר ארטנער, וועלכער איזן אין ויען געווען פאר- 
רעכענט פאר דעם וויכטינסטען אַרצט אויף אינערליכע קראנקהיי- 
טען,. מיר אין אויסנעקומען ביי איהם צו ווארטען אַ לאַננע 
צייט, װאָרים ער האָט יענעם טאָג פארשפּעטינט צו זיינע אִפיס 
שטונדען. ווען ער האָט מיך אויפנענומען, האָט ער מיך גע- 
איילט, בוכשטעבליך ניט נענעבען קיין מענליכקייט צו דער- 
צעהלען, װאָס מיט מיר אין. יעדען זאַץ מיינעם האָט ער 
אונטערבראָכען סמיט אן אומעעדולדינער באַמערקונג: ייא, 
דאַס ווייסט מען שוין", (פאר דער מעדיצינישער וויסענשאַפט 
איז דאָס קיין נייעס ניט, הייסט עס). גערעדט האָט ער מיט אַן 
עכטען וויענער דיאַלעקט,. די דייטשע ווערטער זיינען ביי איהם 
אַרױיסגעקומען שפּיציג און מיט , קאָמעץ'ען' אנשטאָט ,פּאַ- 
סעך'ען",. פילע פון זיי האָבען נעקלוננען אידיש. ער האָט מיר 
נעהייסען נעמען אן עקס-רעי (רענטנען שטראהלען) פאָטאָגראפיע, 
און דאָס האָט מען אַראנזשירט אין דעם גרויסען וויענער האָסמּו- 
טאָל, מיט וועלכען ער אין געווען פארבונדען. 

דעם רעזולטאַט פון דעם עקסירעי האָט דער ספּעציאַליסט 
איז זיין באַריכט אויסגעדריקט אזוי פאָרזיכטיג, אז שפּעטער, 
ווען איך האָב דאָס געוויזען ניו יאָרקער דאָקטוירים, האָבען 
זיי מיט א שמייכעל געזאָגט, אז מען קען דאָס טייטשען, װי מען 
וויל, מען דארף אָבער האָבען אין זינען, אז די , עקס-רעי" 
פּראקטיק איז נאָך דאן געווען אַ סך וויינינער ענטװיקעלט וי 
היינט. | 

פיל מעהר צופרידענחייט האָב איך באקומען פון א קלע- 
נערען דאָקטאָר, װיקטאָר אַדלער'ס א פריינד. ער האָט מיך 
גאנץ נענוי אונטערזוכט און מיר ערקלעהרט מיין קראנקהייט 
אזוי איבערצייגענד, אן צו זעהן זיך סמיט וייטערע ספּעציא- 


16 בלעמער פון מיין לעבען 


ליסטען האָב איך שוין געהאַלטען פאר איבעריג. ער אין איינ- 
פארשטאַנען נגעווען מיט דאָקטאָר ארטנער'ען, אזן עס איז ראט.- 
זאַם פאר מיר צו פאָהרען קיין קאַרלסבאַד --- אז יעדענפאַלס וועט 
דאָס ניט שאַדען. 


10 
דער טעאַטער אין עסטרייך און אין אמעריקא. 


די פּאָלגענדע שורות האָב איך נגעשריבען צוֹם , פאָרווערטם" 
פון וויען, אין יאחר 1912, נאָכדעם וי איך האָב דאָרטען באזוכט 
דעם בארימטען , בורג טעאַטער". 

עס פלעגט זיין א כלל, אז אין גייסטינע זאכען דארף אמע- 
ריקא שטעהן אִהן א חיטעל פאַר דער אַלטער אייראפּא. אז דאָס 
איז אמת וענען טעאַטער, האָב איך זיך ספּעציע? ערקונדינט 
אויף דיזען באַזוך מיינעם אין וויען און דערנאָך אין בערלין 
דעמזעלבען זומער, איך בין מיט מיין פרוי געגאנגען אין דעם בא- 
ריחמטען , בורנ טעאַטער" זעהן די פּיעסע , די פינף פראנקפור- 
טערס", וואו עס האנדעלט זיך וװענען דער ראָטשילד פאַמיליע. 
מיר האָבען פון דער פאָרשטעלונג געהאָט דעם העכסטען פאר- 
גענינען. 

קיין סימן פון דער אַמעריקאַנישער און עננלישער , סטאַר" 
סיסטעם. איך ויל מיט דעם ניט זאנען, אז קיין איינצינער 
פון די שוישפּילער איז ניט געווען בעסער וי די אנדערע. דאָס 
װאָלט ניט געװען אמת. הערר קארף, וװעלכער האָט נע- 
שפּילט אלס דער פּרינץ, האָט אַרויסנעוויזען מעהר טאַלאַנט וי 
אלע, אָבער ערשטענס, האָבען די אנדערע, כמעט יעדער און 
יעדע אין דער קאָמפּאניע, אויך געהאט פיינע טאַלאַנטען; 
צווייטענס, האָט זיך אויף איין סעקונדע ניט נגעמערקט, אז קארף 
איז וויכטינער, אז מען אונטערדריקט אימיצען אויפ'ן קלענסטען 
אַרט, אום קאַרף זאָל זיך בעסער אַרויסזעהן. יעדער שוישפּילער 
איז אין זיין ראָלע געווען פּונקט אזוי וויכטיג װי ער; יעדער 
האָט געשפּילט זיין ראָלע, --- ניט וייניגער און ניט מעהר. 

און געשפּילט האָט מען מייסטענס נאַטירליך, אִהן געמאכטע 


ווידער אין אווראָפּ 1117 


געשרייען, אָהן פאַלשע קונצען. קארף האָט זיך באװענט און 
גערעדט אויפ'ן איינפאכסטען, נאַטירליכסטען אופן, און ער האָט 
נעשאַפען א לעבעדיגען פּאָרטרעט פול מיט חן און הומאָר,*) 


אויב ביי איינינע פון די אַנדערע מיטגלידער פון דער טרו- 
פּע איז די איינפאַכקייט און לעבענס-דייטליכקייט ניט אימער 
נעבליבען אוננעשטערט, האָט דאָס ויינינ קאַליע נעמאכט דעם 
אלגעמיינעם איינדרוק פון נאַטירליכקייט, וואס זייער אלעמענס 
שפילען האָט אַרױיסגעבראכט. אמוויינינסטענס צופרינדענשטע- 
לענד איז נגעווען די מוטער, וועלכע איןז איינענטליך די וויכטיג- 
סטע ראָלע אין דער פּיעסע; האָט זי אבער אויך ארויסנעצייגט 
טאַלאַנט, | 


אין ניו יארק פלענט מען אזא זאָרט שפּילען זעהן בלויז דאן, 
ווען דער קליינער דייטשער טעאַטער אין אוירווינג פּלֵייס איז 
געווען אין זיין אַמאָלינען נוטען צושטאַנד, אדער ווען עס פלעגט 
אַריבערקומען א נוטע קאָמפּאניע פון דייטשלאַנד, אדער איטאַ- 
ליען, די אמעריקאנישע ביהנע האלט זיך דערויי? נגאנץ וייט 
פון אזא סאָרט קונסט. פאָרלויפינ קענען נאָך אפילו די אמע- 
ריקאנישע , סטאַָרס" ניט פארשטעהן, אז דעקלאמיריען און מא" 
כען מיט די אוינען אויף נאָטען הייסט ניט פאָרשטעלען לעבע- 
דיגע מענשען,. *=*) 


דער טעאַטער נופא אין אן אמת'ע פּראכט פוֹן אינוויינינ, 
אזוי גוט וי פון דרויסען. זיין , פאַיע" (א ברייטער קאָרידאָר 
אויף צו שפּאַצירען צווישען די אַקטען) אין ניט ויינינער שעהן 
און נרויסארטינ וי דער באריהמטער ,פאִיע" אין דער פּאריזער 


*) מיט פולע ויאָהרען שפעטער האָב אוך קאַרף'ען געזעהן אין 
נוו ואָרק, צוערשט אין דויטשע פּועסען, און אין א קורצער צייט אַרום 
אין ענגלישע. בוודע לשונות שיינען צו זיין מומער-"שפראכען בוו 
איהם און אויף ביידע שפּילט ער וואונדערבאר. 


**) הוונט שטעהט דער אַמעריקאַנער טעאַטער שוון אויך העכער 
װי אין יענע יאָהרען. עס זיונען אימער פאראן א פּאָר גוטע פּיעסען 
און זיי װערען געשפּילט אַ סך בעסער װי מען פלעגט דאָ שפּילען 
מיט ואָהרען צורוק. 





118 בלעטער פון מיין לעבען 


אָפּערא, דער ארויסנאנג אינווייניג צו די ארקעסטרא סיטס און צו 
די לאַזשעס עפענט אויף פֿאַר'ן אויג א הערליבען עפעקט. 

אין א פּאַראַדנעם ארט שטעהט דארטען א נייער ביוסט פון 
דעם לאַנג-פארשטאָרבענעם אַדאָלף זאָנענטאל (זעה 4טען באַנד, 
פּיידזש 219). 


די דעקאָראציעס ביי די , פינף פראנקפורטער" זיינען געווען 
רייך, שעהן און האָט אָפּנענאַרט דאָס אויג. דאָס, צוזאַמען מיט'ן 
שפּילען, האָט זיך צונויפגענאָסען אין איין קינסטלערישען בילר, 


11 


פון מיין ווינער נאָטיץ-ביכעל. -- די באַרימטע סטעפאן 
קירכע. -- א סצענע אין א טראמוואי. 


די פאָלגענדע שורות זיינען געגרינדעט אויף נאָטיצען אין 
נאָטיץ-ביכע?, וועלכען איך האָב געפיהרט, זייענדיג אין וויען. 

צוערשט קומען איינדריקע פון דער סטעפאן קירכע, די גרעס- 
טע קירכע אין ויען און איינע פון די באַריהמטסטע אין דער 
וועלט. 

עס האָט געזונגען א גרויסער כאָר. עס האָבען זיך לאנגזאם 
געקייקעלט די טענער-כוואליעס פון אן אֶָרנעל,. די כאָריסטען 
האָט מען ניט געזעהן. זייערע שטימען האָבען געקלוננען אזוי 
וי פון גאנץ ווייט. אויסגעצייכענטע שטימען, און דער ווידער- 
קול פון דער ריזינער קירכע האָט זייער געהיימניספולקייט פאר- 
גרעסערט, 

עס האָבען געברענט וועקסענע ליכט... גאנצע וועלדער פון 
ליכט. א זילדערנער בילד פון דער היילינער מאריא האָט אין 
זייערע פלאמען נענליהט. די ריזינע זיילען האָבען זיך געהויבען 
צו דעם הויכען סופיט, נרויע, פארטראכטע, פינף-הונדערט- 
יאהרינע... א שוװערער אָטעם פון ויירויך, פון ברענענדינע 
ליכט, פון אַ האַלב-טוזענדײיאָהרינע שימעל, פון א טוכלער 
קיהלקייט, װוי פון אַן אַלטען קעלער. אן ארעמע פרוי מיט 
אַ שווערען אָנגעפּאקטען קאָרב אין האנט האָט זיך א װאָרף 
געטאָן אויף די קני און זיך גענומען צלם'ען מיט אַלֶע כחות. 


ווידער אין אווראָאַ 119 


זי האָט זיך נעשטעלט, איז צונעפאלען צום דראָטענעם נעץ, וואס 
שיצט דאָס הייליגע בילד פון גנבים, און נענומען די דראָט קושען 
ליידענשאַפטליך,,. צו מאַריא'ען נופא קען מען מִיט די ליפען 
ניט צוקומען... 


ווען זי האָט זיך אָנגעזעטיגט, האָט זי מיט באַרוהינטע בלי- 
קען אין די אוינען א הויב געטאָן איהר קאָרב און אין אוועק 
מיט שטילע, גיכע טריט, 


און דער כאָר, װאָס האָט זיך ניט נעזעהן, האָט וייטער 
געזונגען די ליכט האָבען ווייטער געברענט. דער גילדערנער 
היילינער פּנים האָט וייטער געבליסטשעט. דער וידערקופ 
האָט ווידער געהילכט מיט וייטקייט, און אויף די צעהנדלינער 
געזיכטער איז אלץ געווען אױיסנענאָסען א פרומע עהרפורכט. 


דער צווייטער נאָטיץ איז שייך צו א סצענע אין א טראמוויי, 


איך בין געזעסען אין א וויענער טראמוויי, עס אין אריינ- 
געקומען א מוטער מיט אַ מיידעלע, ביי וועמען א האַנט איןז 
געווען פריש פֿאַרבאַנדאזשירט,. נלייך האָבען די פּאַסאַזשירען 
גענומען די מיידעלע באַקוקען און ריידען צו איהר. איינע 
האָט איהר גענומען פאר דעם הענטעל, א צוייטע האָט איהר 
גענלעט איבער דעם קעפּעלע און אָנגערופען מיט צערטליכע 
נעמען. ‏ פרויען האָבען פון אלע זייטען גענומען פאנאנדער- 
פרעגען די מוטער ווענען דעם אומנליק. זיי האָבען אויסגעדריקט 
מיטלייד, געגעבען עצות. די מוטער האָט אַלעמען נעענטפערט. 
די נאַנצע קאר איז פאַרװאַנדעלט געווארען אין א פאמיליע- 
פאַרזאַמלונג. די מוטער האָט הנאה געהאָט פון דער אויפמערק- 
זאמקיים, וואס מען שענקט איהר קינד און איהר, און מען האָט 
געקענט זעהן, אז די מיידעלע פיהלט זיך אלס די העלדין פון 
דער סצענע. די פרויען האָבען איבערנעשטיינט איינע די אן- 
דערע אין אַרױסװײיזען זייער סימפּאַטיע, זייער וייך-האַרצינ- 
קיים די סצענע אין אָבער געװען א סימפאטישע. אין א 
שטאָדט, וי באָפטאָן, אדער לאָנדאָן, זעהט מען אזעלכע סצע- 
נעס זעהר ויינינ. דארטען האלט זיך דער עולם שטייפער. 
מען אין ניט אזוי צונעלאָזען איינער צום אַנדערען, 


190 | בלעטער פון מוין לעבען 


12 


איינדריקע פון קראקאו. -- א מוטער מיט אַ זוהן. --- אינ- 
טעלינענמע אידען מיט פּאות'ן--- דער הױיפּט-מאַרק.--- דער 
וואוועל. -- דער אידישער קווארטאל. -- ס. עהרליך. -- 
אין א קלויז. -- א מלמד. -- א ישיבה. -- דאמען. -- 
פּאות. -- אַן אַלטע קירך. -- נאָך מיטאג אין פּאַרק, 


פון וויען בין איך נעפאָהרען קיין קראַקאו. איינע פון די 
זאכען, וואס האָבען נגעצוינען מיין אויפמערקזאמקייט, ווען איך 
האָב נעמאַכט מיין ערשטען שפּאציר דורך די גאַסען פון דער 
אַלטער פּוילישער שטאָדט, איזן נעווען א יוננע אידישע מוטער 
מיט איהר צעהן אדער עלף יאהרינען אינגעלע. זי אין נע- 
גאננען אין די איינענע האר און נעטראָגען האָט זי אַ שעהנע 
גרויסע הוט מסיט אַ רייכען וייסען שטרויס-פעדער און אַ 
שווארצען סאַמעטענעם סוט. אויף איהר פּנים האָט זיך גע- 
זעחן נעלט מעהר וי בילדונג, געקליירט אין זי אָבער געוען 
אמת עלענאַנט און מיט אַ פיינעם געשמאק. דער איננעל?ל וי- 
דער האָט געהאָט לאננגע געקרייזעלטע פּאות און געטראָגען א 
,בעקעשע? בוכשטעבליך ביז דער ערד, און אַ פּלושענעם קאַפּע- 
ליושעל, א חסידישען. | 

איך האָב נעוואוסט, אז אין ואַרשע קען מען באַנעגענען 
אומגעפעהר אַזאַ מוטער מיט אַזאַ זוהן, אָבער דאן האָב איך 
ווארשע נאָך קיינמאָל ניט געהאָט באזוכט, און פון הערען ביז 
זעהחן איז ווייט. פאר מיר אין דאָס בילד נגעווען אן איבעררא- 
שונג. איך האָב מיינע אוינען ניט גענלויבט. אַ מוטער פון 
דעם צוואנצינסטען יאהרהונדערט מיט א זוהן פון דעם צוועלפטען 
יאהרהונדערט. 

זיי זיינען נענאננען צו דעם פּלאץ, וואו עס נעפינען זיך 
די וויכטינסטע קראָמען,. א שטונדע שפּעטער האָב איך זיי בא- 
נעגענט נעהענדינ צוריק, די מוטער האָט געטראנען א פּאָר 
פּעקלעך, און דער איננע? האָט שוין איצט געהאט א שפּאָנעל 
נייעם שטעקען, אַ פאַרבוינענעם שטעקען פון דעם סאָרט, וועל- 
כען עס טראָגען פאַרצייטינע אידען. דאָס האָט די מאַמע איהם . 


ווידער אין אייראָפּאַ 1021 


געקויפט. דאָס בילד פון אן עלףיאהרינען חסיד'? אין איצט 
געווען פארפאָלקאָמט, 

עס אין געװען אינטערעסאַנט צו זעהן, וי דער אינגעלע 
מאַרשירט שטאָלץ, צוקלאפּענדיג מיט'ן שטעקען, און װי די 
פּאות טרייסלען זיך ביי איהם צום טאַקט. אַ אידישע מאַמע 
פון רוסלאַנד, אַזא וי די דאָזינע, װאָלט זיך געשעמט מיט 
אַזאַ אינגעל. צו נעהן איבער'ן נאס. 

באַלד האָט דער עלף-יאהריגער חסיד'? זיך גענומען לאס- 
טשען צו זיין מוטער, און זי האָט, געהענדיג, איהם צוגעצויגען 
צו זיך, איהרע אוינען האָבען מיט מוטער-שטאָלץ געשיינט. 
פאר מיר איז דאָס געווען אן אונגלויבליכע סצענע. אין מיין 
אַלטער היים האָב איך קיינמאָל אזעלכעס ניט נעזעהן. און 
אין אמעריקא אודאי ניט. די עלעגאנט געקלײידעטע פרוי איז 
מיר סימפּאַטיש געווארען. 

שפּעטער האָב איך אין קראקאו געזעהן אידען מיט פאננע 
פּאות און מיט לאננע בעקעשעס, וי זיי געהען מיט מאָדערנע 
געפּוצטע דאַמען, זייערע פרויען. אויך האָב איך אזעלכע פאר- 
צייטינע אידען געזעהן געהענדיג פּלייצע ביי פּלייצע מיט גענאָל- 
טע היינטינע פראַנטען. 

איך האָב אָבער אויך נעזעהן אידען מיט לאננע פּאות און 
בערד און אין לאננע בעקעשעס, וי זיי זיצען פארטיפט אין א 
לייט-אַרטיקעל פון דער וויענער ,נייע פרייע פּרעסע". 

אין דעם האָטעל, וואו איך בין איינגעשטאַנען, האָב איך 
זיר מיט עטליכע אידען אזעלכע צורעדט. א פּאֶר פון זיי זיינען 
געווען אינטעלינענטע מענשען. צוערשט האָט זיך מיר אבסאַ- 
לוט ניט נענלויבט, אז אזעלכע רייד קומען ארויס פון אזעלכע 
בערד מיט אַזעלכע פּאות'ן. אין אַ פּאָר טעג בין איך אָבער שוין 
אזוי צונעוואוינט געווארען צו דעם, אז מיר האָט זיך כמעט 
געדאכט, אן די פאננע בערד און פּאוֹת זיינען אויך אינטע- 
ליגענט. אַלץ איז אַן איינדרוקס-זאַך און אַ געוואוינחייט-זאך. 

אין מיין געבורטס-שטאָדט, אין ווילנא, איזן דאָס אן אונ- 
מענליכע ערשיינונג. ‏ אין רוסלאַנד איז דער נרעניץ צווישען דעם 
אַלט-מאָדישען דור און דעם מאָדערנעם געווען ניט אין ערך שאַר- 


199 בלעטער פון מיין לעבען 


פער,. ביי אונז האָט א פארצייטינער איד פון א היינטיגען גע- 
ווייכט ער האָט פאר איהם פּשוט מורא געהאַט. די אורזאכע 
פון דיזען אונטערשיד צווישען נאַליציאנער אידען און רוסישע 
האָט געשטאַמט פון דעם אונטערשיד אין דער פּאָליטישער לאַגע 
פון די אידען די עסטרייכישע רענירונג האָט דעם אידען ניט 
פארטאָלנט, איז דער פארצייטינער איד געװוען מעהר תקית 
ביי זיך, שטאָלצער מיט זיין אידישקייט און מיט זיי פאַרצייטיג- 
קייט, ‏ א גרויסער טייל פון דער אידישער באַפעלקערונג אין 
קראקאו האָט די חסידישע קליידער שוין געהאָט אראָפּגעוואר- 
פען פון זיך, מען איז געגאנגען וי אייראָפּעאישע מענשען, און 
אויפ'ן נאַס האָבען אזעלכע אידען גערעדט פּױליש. אויף טריט 
און שריט האָב איך באַנעגענט אידישע גימנאַזיסטען. 
א *ִ ט 

אַ שטאָדט אורטיילט מען לויט איהר לעבעדינסטען פּונקט. 
און דער לעבעדינסטער פּונקט אין קראקאו איז געווען ניט קיין 
איינדרוקספולער, ‏ א שלעכט ברוקירטער סקוער מים אַרעמע 
אָפּנעריסענע פּראָװינציעל אויסועהענדע געביידעסם אין מיטען, 
מיט ניט קיין גרויסע קראָמען, --- דאָס איז דער , הויפּט-מארק?, 
דער צענטער פון קראקאו. קיין סך מענשען האָבען זיך אויף 
די טראָטואַרען ניט באווענט. ווען איך האָב זיך אָבער דורכ- 
געשפּאַצירט דורך די באַרימטע אַלְטע פּלעצער, אַביסעל וי 
טער פון דעם צענטער, איז מיין איינדרוק געווען א גאַנץ אנ- 
דערער, קראקאו אין אין מיינע אוינען דאן געווארען איינע 
פון די שענסטע און אינטערעסאנטסטע קלענערע שטעדט אין 
אייראפּא, קראקאו איז די מצבה אויף דער אַמאָליגער פּוילישער 
קעניגרייך,. דאָרטען געפינען זיך די קברים פון די פּוילישע קע- 
נינען. ווארשע איז דער היינט פון פּױלען, קראַקאו אין איהר 
נעכטען, און א פאַרנאַנגענהייט אין אינטערעסאַנטער װי א 
גענענװאָרט, 

** * א 

איך האָב פארבראכט עטליכע שטונדען אין דעם ,וואוועל", 
דעם שלאָס פון די אַמאָלינע פּוילישע קענינען אין קראקאו. איך 
האָב געזעהן די קברים פון די קענינען, וואס ליגען דארטען אין 


ווידער אין אווראָפאַ 108 


קעלערען, און דעם קבר פון אדאם מיצקעוויטש, דעם גרויסען 
פּוילישען פּאָעט, וועלכער געפינט זיך אויך דארטען; ער לינט 
אין א באַזונדערען קעלער-צימער. וען די פּוילישע קענינרייך 
װאָלט נאָך היינט עקזיסטירט, װאָלט מען דעם קערפּער פון א 
פּאֶעט צווישען די טרונעס פון די געקרוינטע ניט נעלענט. אָבער 
די קענינען זיינען ‏ בלוין אן אָנדענקען אָן פּולען, און אלס אן- 
דענקען, אז עס אין פארהאן אַ פּויליש פאָלק, אין מיצקעוויטש 
ביי די פּאָליאקען געווען דער וויכטינסטער קענינ פון אלע. די 
פּוילישע ערד האָנען די הערשער פון רוסלאַנד, פּרייסען און 
עסטרייך צוטיילט צווישען זיך, די פּוילישע שפּראך אָבער אין 
געבליבען נאַנץ, און מיצקעוויטש אין געווען דער פאָרשטעהער 
פון איהר גאַנצקייט. 

אין רעכטען מיטען שטאָדט אין קראקאו, אין איהר סאַמע 
הארץ, שטעהט א מאָנומענט צו מיצקעוויטש'ען. דאָסזעלבע איז 
אין לעמבערנ. דאָסזעלבע אין אין יעדער מעהר אָדער וויינינער 
וויכטינער שטאָדט אין נאַליציען. אויך זיינען דאָרטען אומע- 
טום פארהאַן נאַסען, װאָס טראָגען זיין נאָמען. (היינט, וען 
פּוילען איז ווידער זעלבסטשטענדיג אָבער אֶהן א קעניג, געפינט 
איהר דאָסזעלבע אין אַלע פּוילישע שטעדט. דאן אָבער איז דאָס 
געווען בלוין אין גאַליציען). 

זיינען די פּאַליאקען דאָס אזעלכע ליבהאָבער פון פַּאֶע- 
זיע, אז אַ פּאָעט שטעלען זיי העכער פון די העכסטע? נין, 
ניט אַלס פּאָעט, נאָר אַלס דעם קעניג פון דער אונצוטײילבאַרער 
שפּראך פון דער צוטיילטער לאנד, האָט מען איהם געעהרט. 

* * א 

דער , קאזשימיש", דער אידישער קװאַרטאַל פון קראקאן, 
איז ניט קיין נרויסער געגענד, און זיין באַפעלקערונג אין ניט 
קיין געדיכטע,. דלות זעהט זיך דאָ אִהן א שיעור. דאָ וואוינען 
מייסטענס אָרטאָדאָקסישע אַלטמאָדישע משפּחות. איהר באַ- 
געגענט אין קראקאו א סך אינטעלינענטע אידען, וואס געהען 
געקליידט װוי היינטינע אייראָפּעער און ריידען כמעט בליז 
פּויליש. אָבער די, וואס האַלטען זיך ביי די פארצייטיגע אידי- 
שע קליידער און מנהנים, זיינען זעהר אלטמאָריש, 


124 בלעטער פון מיין לעבען 


די קראַקאָוער שוכ איז איינע פון די עלטסטע אין אי" 
ראפּא,. פון דרויסען באַשטעהט זי פון רויטע, אָפּגעבראַכענע 
פאר-פינף-הונדערט-יאהרינע צינעל,. זי איז געבויט געווארען אין 
דעם פופצענטען יאהרהונדערט, און אינעווייניג איז זי אינטערע- 
סאנט --- א ווערטפולע שטיקעל אידישע פאַרגאַנגענהייט. ליידער 
איז זי זעהר פאַרנאַכלעסיגט,. זי פארדינט געהאלטען צו וװערען 
ריינער און מיט מעהר ארדנונג. די פּראגער שול באקומט 
א סך מעהר אויפמערקזאמקייט. (אין לעמבערג איז אויך פאר" 
האַן אַ זעהר אַלטע שול. די קראַקאָװער איז אָבער פיל עלטער 
און גרעסער. נאָך גרעסער און שעהנער איז די אלטע שול פון 
בראָד). | 

די גרעסטע אַרעמקייט מערקט זיך אין א געוויסען װוינקעל 
ניט ווייט פון דער שו?,. א צייל אַלטע חורבות, וואו עס וואוינען 
אי אידען אי פּאַליאַקען. דאָרטען זעהט מען נאָר טראַנטעס 
און צייכענס פון אִפּטען הונגער. 

ס. עהרליך (יושר), דער דאמאלסדינער קאָרעפּאַנדענט פון 
, פּאָרווערטס", װאָם מיך אַרופנעפיהרט אויף דעם צוויטען 
עטאַזש פון אן אָרעמער געביידע לעבען דער אַלטער שול. מיר 
זיינען אַריינגעקומען אין אַ קלויז. לאַנגע פּאָליצעס מיט ספרים 
מיט אַלטע, צוברעקעלטע רוקענס. א פּאֶר בחורים און א אינגעל 
האָבען געלערענט, יעדער פאַר זיך, ביי לאנגע סישען. זי 
האָבען געלערענט דיזעלבע נמרא און מסתמא מיט דעמעעל- 
בען ננון, וי די אידען, װאָס האָבען אין דעם 18טען יאהר" 
הונדערט די שול איבערגעבויט פון א פּױלישער ביבליאָטעק. 

געהענדיג איבער דערזעלבער ענגער אידישער גאַס, צווישען 
די אונבאשרייבליך ארעמע קרעמלעך, ואו אַ הערינג ווערם 
צושניטען אויף צעהן טיילען, און יעדער שטיקעל איז א בא" 
זונדערע סחורה, האָב איך באַמערקט א אידישען גימנאַזיסט 
אין א צוריסענעם יוניפאָרם, ער אין געשטאַנען אויף אַ שװעל 
אין איינער פון די צרה'דינע שטיבער ניט וייט פון יענער 
קלויז און פון דער אלטער שול. עס איז געווען דייטליך, אן 
זיינע עלטערען וואוינען דאָרטען, אז דאָס איז זיין היים... 

מיט א טאָג פריהער האֵָב איך אין מיין נאָטיץ ביכעל 


ווידער אין אווראָפּאַ 108 


פארצייכענט אן עלעקטרישען טראמוואי, וואס נעהט דורך דעם 
טויער פון א נאַנץ פאַרצייטינען פּוילישען טורעם. וען איך 
האָב נעזעהן דעם גימנאַזיסט, וואס ואוינט אין דיזען אלטען 
אַלט-מאָדישען אידישען קװאַרטאַ?ל, האָב איך אין מיין ביכעלע 
אריינגעשריבען די װוערטער: ,אַ אידישער גימנאַזיסט אין דער 
טיפעניש פון דעם פארצייטינען אידישען דלות און אידישער 
פרומקייט! עס האָט מיך דערמאָנט אָן דעם עלעקטרישען טראם- 
וואי, װאָס נעהט דורך דעם פארצייטינען טורעם". 


איך האָב באַזוכט אַ חדר, ער אין געװוען פון דעמזעלבען 
סאָרט, װוי די חדרים פון פאר פינף הונדערט יאָהרען. אין גע- 
וויסע פּרטים איזן ער אפשר נאָך געווען צרה'דינער. אין צויי 
שרעקליך שמוצינע צימערען האָב איך נעפונען ביי א פערציג 
קליינינקע אינגעלעך. דער מלמד און זיינע צויי געדונגענע 
,באַהעלפער", האָבען מיט זיי געלערענט איינציגווייז, פאך- 
נומען זיינען, אלזאָ, נעווען ניט מעהר וי דריי איננעלעך מיט 
אַמאָל, די איבערינע זיינען נעזעסען אויף בענק, געשריען, 
געלאכט, געוויינט, געשטיפט. א געפּילדער אין געווען פארטויבט 
צו ווערען, און די לופט איז נגעווען אָנגעפילְט מיט אַן אָטעם- 
פאַרכאַפּענדער זויערקייט. די ווענט, דער סופיט און די פּאָך- 
לאָנע זיינען דאָרטען מסתמא נעווען דורכנעדרונגען מיט אָנ- 
געזאמעלטע טוכלעקייטען פון דורות און דורות. ניט אומזיסט 
זיינען אלע איננעלעך געווען בלייך און קרענקליך, אזוי וי 
אויסגעװוייקטע, 


די באַהעלפערס האָבען געקנעלט מיט מאטערניש, מיט 
הייזערינע שטימען, זייערע פּנים'ער האָבען אויסנעזעהן בלאס, 
אויסגעמוטשעט, נערוועז. עס איז געווען א רחמנות צו קוקען 
אויף זייי.. 


דער מלמד אָבער איז נגעווען א נעזונטער, א פעטער. אַ 
נעלער איד מיט פולע באַקען, מיט קלאָרע, רוהינע אוינען. ער 
האָט געלערענט מיט זיין תלמיד, ניט אָפּעסענדינ זיך דאָס 
האַרץ,. די שרעקליכע לופט, וועלכע אין געווען אזוי געדיבט, 
אַזן מען האָט איהר, דאַכט זיך, געקענט שעפען מיט א לעפעל, 


106 בלעטער פון מיין לעבען 


האָט איהם ניט געשעדיגט. פאַרקערט, עס האָט געמאַכט דעם 
איינדרוק, אז ער פיהלט זיך אין איהר װוי א פיש אין וואסער. 


די קראַקאָװער ישיבה האָב איך באזוכט אין א שפּעטער 
נאָכמיטאג שטונדע. איך האָב די ראש ישיבות באַגעגענט 
אין טויער, זיי זיינען שוין געגאנגען אהיים. זיי האָבען מיר געגע- 
בען שלום עליכם, און דער וויכטינסטער פון זיי, אַ איד מיט אַ 
גרויסער באָרד, האָט זיך מיט מיר צורעדט וועגען ישיבות אין 
אַלגעמײן און וועגען אמעריקא. ער איז פון אידיש גלייך איבער- 
געגאננען צו דייטש. ער האָט געברויכט פילע אויסדרוקען און 
ווערטער, וועלכע האָבען געוויזען, אז ער איז באקאנט מיט דער 
שפּראַך. 

און דאָס איז ניט געווען דאָס ערשטע מאָל, וואס איך האָב 
אין נאליציען געהערט א גאַנץ פרומען פארצייטיגען אידען ריי- 
דענדיג דייטש,. אין יאהר 1012 איז דאָס דאָרטען געווען א גאנץ 
געוועהנליכע זאך. דער פארצייטינער ראש ישיבה האָט איבער" 
הויפּט ארויסנעוויזען אַן איבערראשענדע היינטינגקייט. וידער 
די געשיכטע פיט דער עלעקטרישער קאַר אין דעם פאַרצייטינען 
פּוילישען טורעם... 

א * * 

די עלעגאַנטסטע און חן'עוודינסטע דאמען, װאָס איך האָב 
געזעהן, זיינען געווען אידישע. דאָסזעלבע האָב איך דערנאָך 
געפונען אין לעמבערג און אין אנדערע גאליצישע שטעדט. 

מיין איינדרוק איז איבערהויפּט, אן צווישען גאַליצישע 
אידישע פרויען אין פארהאן א גרעסערער פּראצענט שעהנע, וי 
צווישען די אידישע פרויען פון רוסלאנד. (זעה צוייטען באַנד, 
פּיידזש 42,) ווארשיינליך איז דאָסזעלבע מיט די מענער אויך. 
און דער פאַרצייטינער אידישער הילוך שטערט ניט. איך 
האָב אין גאַליציען געזעהן פיל אַלטמאָדישע אידען, איבערהויפּט 
אַלטע לייט, אויף וועלכע עס אין געווען שעהן צו קוקען. די 
לאנגע קליידער מיט די באָרד און פּאות'ן האָבען זיי צוגעגעבען 
| , בילדליבקייט", ביי א מאהלער וואלטען זיי ערװועקט א השק 
זייערע פּאָרטרעטען צו מאָהלען. 


ווידער אין אויראָפאַ | 107 


וועגען פּאות'ן װאָלט מען געקענט א גאַנצען בוך אוים- 
שרייבען,. וואס פאר א פארשידענארטיגקייט! מען זאָגט, אן 
לויט דער האַנטשריפט פון א מענשען קען מען דערקענען זיין 
כאַראַקטער {; דאָסזעלבע קען מען אפשר זאָגען װענען פּאותן. 
עס זיינען פארהאן פּאות'ן, וואס וייזען אָן אויף א שטאַרקען 
כאַראקטער, און פּאות'ן, װאָס זאָגען עדות וועגען כאַראקטער- 
לאָזינקייט. עס זיינען דאָ שטאָלצע פּאות'ן און ‏ אַראָפּגעפאלענע 
ביי זיך", אויפריכטיגע און צבועצקע, גוט-האַרציגע און האַרצ- 
לאָזע, סעריעזע און לייכטזיניגע, קלוגע פּאות'ן, נארישע פּאות'}, 
פעהינע פּאות'ן און אונפעהיגע. אזוי װי עס זיינען ניטאָ קיין 
צוויי פּנים'ער, װאָס זאָלען זיין אבסאָלוט דיזעלבע, אזוי זיי- 
נען ניטאָ קיין צוויי פֹּאַר פּאות'ן װאָס זאָלען זיין אבסאָלוט 
דיזעלבע. יעדע פֹּאַר האָט זיך איחר געשטאַלט, איהר אֶנבליק, 
איחר אינדיווידואליטעט, 

דער כלל, וואס איך האָב זיך געפּרואװוט געבען, אן יעדע 
פּאֶר פּאות'ן. האָט אַ שייכות צו דעם כאראקטער פון דעם וואס 
טראָגט זיי, אין טאַקע א 2ל, איך האָב אָבער צו איהם גע- 
פונען א סך אויסנאהמען. 

די לעננסטע פאות'ן האָב איך נעזעהן אין בעלן; די 
שווערסטע און אַריגינעלסטע אין לעמבערג; די בכבוד'סטע 
אין בראָד, ‏ אין פּשעמישל האָב איך באַגעגענט א פּאֶר פּאות'ן, 
וועלכע זיינען געווען אזוי האַרט פאַרגרײַזעלט און אזוי לאַנג, 
אז זיי האָבען זיך געוויגט, וי צוויי פעסטע זיידענע שניר, בשעת 
זייער אייגענטימער אין געגאַנגען, האָבען זיי איהם געשמיסען 
אין די באַקען און אין האַלז; און ער האָט די שמיץ מקבפ 
באהבה געווען. ער האָט מיט די פּאות'ן קאָקעטירט, פּונקט, וי 
אן אֶפיציר, מיט וועמען ער איז גענאנגען און גע'"שמועסט, האָט 
קאָקעטירט מיט זיין גאַלדענעם קאָלנער און מיט דעם זילבערנעם 
שייד פון זיין שווערד. 

אָפט זעהם איהר אַ דאַרינקע, קורצינקע פֹּאָר פּאות'לעך, 
שווינדזיכטינע, נעבעך, בלוין פון עטליכע הערעלעך. זייער 
באַלעבאָס געהט מיט אַ רחמנות פּנים, ער גלעט זיי און ציחט זיי, 
אזוי וי א יונגינקער בחור'? ציהט זיינע שפּראָצענדע װאָנ- 


198 בלעטער פון מיין לעבען 


סעלעך, זיי זאָלען װאַקסען ניכער. און אַן אַנדער אידען 
שיקט דער מזל?ל צו א פּאָר מזל-ברכה'דינע פּאות'ן, גרויסע, 
געראָטענע, שעהנע קוסטען. היינט געה פרעג קשיות ביים רבונו 
של עולִם! יה 

דאָס אלץ איז שייך צו נאליציע אין אלגעמיין, ניט דוקא 
צו קראקאו, אין קראקאו האָב איך זיך אָבער צום ערשטען 
מאָל פאַראינטערעסירט מיט דעם ענין. און אָנגעפאננען האָט 
זיך דאָס פון דעם, וואס איינער פון די אינטערעסאנטסטע אידען, 
מיט וועמען איך בין באקאנט געווארען אין מיין האָטעל, וי אוי- 
בען איז דערמאַנט געווארען, האָט נעהאָט א מערקווירדינע פּאָר 
פּאות'ן,. אומנעוועהנליך לאנג און אומנעוועהנליך געקרייזעלט 
זיינען זיי געווען. דער פּנים איז ביי דעם אידען געווען אן אינ- 
טעלינגענטער, פו?ל מיט כאראקטער און מיט נייסטיגען אינטערעס. 
אין מיין ערשטען געשפּרעך מיט איהם האָב איך זיך ערקונדיגט, 
אן ער אין אן ענטויקעלטער באַלעזענער מענש, אז ער פאר- 
שטעהט די וועלט און האָט עפּעס וואס צו זאָגען וועגען מענשען 
און ווענען פּאָלִיטישע פראנען.. זיינע לאנגנע, לאַנגע פּאות'ן 
האָבען װוידערשפּראכען דעם אינערליכען פּאָרטרעט, וואס איך 
האָב באַקומען פון איהם. איך האָב מיט איהם געשמועסט 
נאָך אַ פֹּאֶר מאָל, ‏ ער אין מיר געװוען זעהר אינטערעסאַנט. 

* ִ* * 

די אַלטע קראַקאָװער קירכע פון דער הייליגער מאַריאַ ציהט 
מיט איהר אויסערליכען אויסזעהן ניט קיין אויפמערקזאמקייט. 
אינווייניג אָבער איזן זי שעהן און רייך, זי אין מיט אַ פֹּאָר 
יאָהרהונדערטער עלטער, װוי די שול. מען האָט זיי ביידען שוין 
עטליכע מאָל רעמאַנטירט, באַנייט,. פילע טיילען זיינען אָבער 
פארבליבען װוי געווען,. די ויכטינסטע טיי? פון דער קירכע 
איז פול?ל מיט נלאנץ און מיט קאָסטבאַרע אלטע קונסט ארבייט. 
גאָלדענע און זילבערנע באפּוצונגען בליסטשען מאסענווייז. טייל- 
ווייז איז דאָס צו שרייענד, אָבער אין סךיהכ?ל -- ניט. עס אין 
דאָ גענונ אמת'ע שעהנקייט. אינערליך איז די קירכע איינע 
פון די רייכסטע אין אייראפּא., 

* * * 


ווידער אין אייראָפאַ 199 


קראקאו האָט אַ פּאַרק, וועלכער נעהט אַרום און ארום 
די וויכטיגסטע טיילען פון שטאָדט, ,די פּלאנטען" רופט מען 
איהם. פילייכט אין דאָס װאָרט פּאַרק צו ואַזשנע. סייסטענס 
איז דאָס ניט מעהר, װי אַ פּאֶר אַלעען,. אין פילע פּלעצער אין 
ער אנגענעהם און שעהן. און כמעט דורך יעדען קווארטאל 
געהט דורך א טייל פון איהם. סיט די פּלאנטען מעג קרא- 
קאו שטאָלצירען. פון קיין אַנדער שטאָדט וואס זאָל האָבען 
אַזעלכע איבעראל-געהענדע אַלֶעען, ווייס איך ניט, 

נאָכמיטאג שפּילט אין די פּלאנטען א מיליטערישער אר- 
קעסטער, און ארום דעם אָרקעסטער פארזאמעלט זיך אַ גרויסער 
עולם. איך האָב יענעם פּלאַץ באזוכט אין א שעהנעם זומער- 
דינען נאָכמיטאג. די זון האָט נעלויכטען העל, עס האָט גע- 
שמעקט מיט בלומען. דער אָרקעסטער האָט געשפּילט אויס- 
געצייכענט. א היבשע טיי? פון די שפּאַצירענדע איזן באשטאַנען 
פון עלענאַנטע דאַמען און עלענאַנטע קאַװאַליערען, אידישע 
און קריסטליכע. און צוזאמען מיט זיי האָבען זיך באווענט אי- 
דען מיט בעקעשעס ביז דער ערד און מיט פּאות'ן בין די 
פּלייצעס, און די פארצייטינע אידישקייט האָט ניט געשטערט 
דעם אַלגעמיינעם איינדרוק פון מאָדערנער קולטור. חסידים 
האָבען שפּאצירט צוזאמען סמיט אפיצירען, אָדער מיט אידישע 
פראנטען, אָדער מיט דאמען געקליידט לויט דער היינטינער מאָדע, 
אזוי װוי זייערע בעקעשעס און די פּאות'ן װאָלטען געװען א 
טייל פון דערזלבער מאָדע עס האָט זיך געפיהלט אַ פּאַראַדנע 
שטימונג, אַ שטילע פייערליכקייט אין יענעם מאָמענט האָט 
קראַקאַו מיר אויסנעזעהן װי א בליהענדע גרויסע שטאָדט, וי 
א היינטינע הויפּט-שטאָרט, 


18 
- מיין באַגעגעניש מיט לענין'ען. 


איגנאַץ דאשינסקי, דער פיהרער פון דער פּולישער סאַ- 
ציאליסטישער באַוועגונג אין גאַליציען, מיט וװעמען איך האָב 
זיך געזעהן אין ניו יאָרק און איצט אין וויען, איז אַ קראקאווער ; 
ער איז אָבער דאַן ניט געווען אין דער היים. די סאַציאַליסטישע 


150 בלעמטער פון מוין לעבען 


פּוילישע צייטונג , נאַפּשוד" פון קראַקאו האָט דאַן געהאַָט א 
שטאַרקען איינפלוס אויף די פּוילישע ארבייטער, און דאשינסקי 
איז דאָרטען געווען זעהר פּאָפּולער, אָבער די אינדוסטריע אין 
דאָרטען שוואך ענטויקעלט, און ועגען א גרויסער ארבייטער 
באַווענונג האָט קיין רייר ניט געקענט זיין. 


אין דער באגלייטונג פון דעם , פאָרווערטס" קאָרעספּאַנדענט 
מ. עהרליך האָב איך באזוכט די רעדאקציע פון , נאַפּשוד". עמיל 
העקער, דער הױיפּט-רעדאַקטאָר (אַ רב'ס א זוהן) איז אויך דאַן 
ניט געווען אין שטאָדט. מיר האָבען אָבער געפונען צוויי מיט- 
אַרבײטער, און סיר האָבען געשמועסט טיילווייז אויף דייטש, 
טיילווייז אויף פּויליש, דורך דער חילף פון מיין באנלייטער. 
עס האָט זיך אָבער ארויסנעציינט, אַז איינער פון די צוויי מיט- 
ארבייטער פוֹן , נאפּשוד?" איזן א רוסישער פּאֶליאק פון מינסק, 
און אַז ער האָט שטודירט אין אַ רוסישען אוניווערזיטעט. סיר 
האָבען, אַלזאָ, גענומען רעדען אויף רוסיש, און דער געשפּרעך 
האָט באקומען א פיל לייכטערען און אינטימערען כאראקטער, 
דער רוסיש-פּוילישער גענאָסע האָט מיר דאַן פאַרטרויט א סוך, 
דאָס ניקאָלאַי לענין נגעפינט זיך אין קראַקאו --- אַ סוד, וייל 
לענין האָט דאָרטען געוואוינט , אינקאָגניטאָ", אין געהיים. - 

איך האָב אויסנעדריקט אַ וואונש איהם צוֹ באזוכען. 

-- איך על איהם לאָזען וויסען, -- האָט דער רוסיש- 
פּוילישער גענאָסע נעענטפערט. 

אויף מאָרנען האָט מען מיר געמאָלדען, אַז לענין לאַדט 
מיר איין צוֹ זיך, 

לענין האָט נעוואוינט הינטער'ן שטאָדט. איך בין נעקומען 
צו איהם אין אַ נאָכמיטאָג, אומנעפעהר ארום צוויי אוהר. די 
קװואַרטיר איז געווען אויף אַ צוייטען עטאַזש אין איינער פון 
אַ צייל נייע הייזער,. די דירה איז ניט געװוען קיין גרױיסע. 
איך האָב איהם געפונען מיט זיין פרוי. איך האָב ביי איהם 
פאַרבראכט עטליכע שטונדען. ער איז נגעווען זעהר ליבליך, מיט 
אַן עכט רוסישער נאסטפריינדליכקייט. ס'האָט זיך מיר פּראָסט 
ניט נענלויבט, אַז דאָס איז דער לענין, וועלכער איז באַקאַנט 
פאַר אַזאַ ביטערען און גרויזאמען קעמפער גענען זיינע איינענע 


ווידער אין אויראַמא 181 


פּאַרטײי-חברים, װאָס נעמען ניט אָן זיין פּראָנראַם. מען האָט 
זיך אַזױ פיל אָנגעהערט ווענען דעם גיפט און גאַל, מיט וועלכען 
ער האָט נעשטריטען גענען די מענשעויקעס און איבערהויפּט 
געגען יעדען, װאָס אין ניט געווען מיט איהם איינפאַרשטאַנען. 
אין מיין געדאַנק איז נעווען אױפנעמאַָלען אַ הארטער בייזער 
כיטרער טיפּ, און דאָ האָב איך נאָר געפונען א מענשען מיט אַ 
ליבליכען שמייכעל און מיט א הארצינען לוסטינען געלעכטער. 
נאָך דעם, װוי מיר האָבען פארבראכט פינף מינוט צייט, האָט 
זיך מיר געדאַכט, אַז איך בין מיט איהם באַקאַנט שוין פון 
מאָנאַמען,. דער פּליך אויף זיין קאָפּ, זיין בלאַנדע בערדעלע און 
דער הומאָר, וועלכער האָט אָפט אויפנגעבליצט אין זיינע אױגען, 
און דער גאַנצער אָנבליק פון זיין עכט-רוסישען געזיכט האָט 
אויף מיר געמאַכט אַן איינדרוק, אַז איך רעד דאָ מיט אַ גוט- 
מוטינען קלונען געבילדעטען רוס פון דעם , קופּעץ" קלאס. 

ער האָט ביי מיר אַ סך געפרענט װענען אַמעריקא. פון 
איין זייט האָט ער ארויסנעוויזען א מערקווירדינע באקאנטשאפט 
מיט דעם עקאָנאָמישען לעבען אין די פאַראיינינטע שטאַאַטען, 
פון דער אַנדערער זייט אָבער האָט ער ארויסגעוויזען פּונקט אַזאַ 
מערקווירדינגע אומבאקאנטשאפט מיט דער אַמעריקאַנער ווירק- 
ליכקייט. ער האָט אויסגעדריקט אייניגע באנריפען, וועלכע האָ- 
בען מיר געקלונגען זעהר זאָנדערבאַר. אַז דאָס אין אַ מענש פול 
מיט וויסען און מיט אַ געבאָרענעם שכל האָב איך געזעהן. 

איך האָב געװאָלט פון איהם הערען זיינע מיינונגען ועגען 
דער אַרבייטער-באוועגונג בכל? און ווענען רוסלאנד בפרט. ער 
אין אָבער געווען אַזױ פאַראינטערעסירט אין פרעגען ועגען 
אַמעריקא און איבערהויפּט אין רעדען וענען אַמעריקא, אַז ער 
האָט אויף מיינע פראַנען געענטפערט אין איילעניש, אַזױ װי 
פארביינעהענדיג. שפּעטער, ווען איך בין געקומען אין מיין האָ- 
טע? און האָב נעװאָלט אין מיין נאָטיץדביכעל פאַרשרייבען, װאָס 
ער האָט געזאָנט ווענען רוסלאַנד, האָב איך זיך געכאַפּט, אַז איך 
האָב וועניג מאטעריאל, 

ביי איין פּונקט אין אונזער געשפּרעך האָט ער אַװעקגעלענט 
די האַנט ביי מיר אויפ'ן פּלייצע און געזאָגט: ,איך װעל אייך 


159 | | = בלעטער פון מיין לעבען 


געבען אונזער צייטונג , פּראַװדאַ", װעט איהר דאָרטען אַ סך 
געפינען". | 


דאַ דאַרף ערקלערט װערען, אַז די באַלשעװיקעס האָבען 
דאן אין פּעטערבורג ארויסנענעבען א טענליכע ארבייטעךר- 
צייטונג, פון וועלכער לענין אין געווען דער רעדאַקטאָר,. דאָס 
איז געווען די דאמאָלסדיגע , פּראוודאַ?. אָבער אין רוסלאַנד 
וואוינען האָט לענין ניט געקענט. מען װאָלט איהם נלייך פאַר- 
שיקט אין די , קאַלטע געגענטען". האָט ער די צייטונג רעדאַק- 
טירט פון קראקאן", *) 


מיר האָבען געטרונקען טיי, צונעביסען און געשמועסט, 
הױיפּטזעכליך ווענען אַמעריקא,. ער איז געװען שטארק פאַר- 
אינטערעסירט אין אַלץ, װאָס איך האָב איהם געקענט דערצעהלען 
וועגען דעם לעבען אין די פאַראיינינטע שטאאַטען, -- מעהר 
פון אַלץ, וועגען דעם עקאָנאָמישען לעבען. ער האָט זעהר גע- 
װאָלט האָבען דעם נייעם אַמעריקאַנער צענזוס, די אָפיציעלע 
סטאַטיסטיק פון די פאַראיינינטע שטאאַטען. 


--- ווען איחר װאָלט מיר דאָס געקענט צושיקען, װאָלט איך 
אייך זעהר דאַנקבאַר געווען, -- האָט ער געזאָגט, 

איך האָב דאָס איהם צוגעזאָנט, 

ווען עס איז שוין געװאָרען צימליך פינסטער, און איך 
האָב זיך געשטעלט צו נעהן, האָט ער זיך מיט מיר ואַרים געזע- 
גענט, און מיר האָבען אָפּנעמאַכט זיך צו טרעפען א צוייטען 
מאָל, ער האָט מיר געגעבען די לעצטע עטליכע נומערען פון 
דער , פּראװדאַ". ווען איך האָב געהאַלטען אין אַראָפּנעהן פון 
די טרעפּ, איז ער מיר נאָכגעלאָפען מיט נאָך אַ פּאַק , פּראוודא"- 
נומערען, אַ פיל נרעסערען, וי איך האָב שוין נעהאַט מיט זיך, 


') אין דער ,פראוודא"-רעדאקציע אין פּעטערבורג האָט איהם 
אַלם אַקטיװוער רעדאַקטאָר פאַרטראָטען איונער מיט'ן נאָמען טשערנאַ- 
מאזאָוו, און אַלפ פיהרער פון דער באָלשעװװויסטישער פּאַרמיו האָט איהם 
אין פּעטערבורג פארטראָטען א מוטגליד מוט'ן נאָמען מאלינאָווסקי. 
שפּעטער האָט זיך ארויסגעצווגט, אַז בוודע זוינען געווען שטּואַנען 
פון דער רוסישער רעגירונג, 





זוידער אין איוראָמאַ 188 


--- לייענט דאָס, ווען איהר װועט פאָהרען אין די צוגען, --- 
האָט ער געזאָגט, 

ער האָט אויף מיר נעמאַכט דעם בעסטען איינדרוק. איך 
האָב זיך געקליבען צו איהם צו פאָהרען אויף אַ צווייטען וויזיט, 
אָבער ליידער איז מיין צייט אין קראַקאַן געווען באשרענקט, און 
דאָס איז אונמעגליך געוען. 


4 
8 גרופע אינטעלינענטע אידישע סאָציאַליסמטען 


אין קראקאַן איז שוין דאַן געמאַכט געװאָרען אַן אֶנהוֹיב 
פון אַ סאַציאַליסטישער באווענונג ביי די אידען. קיין גרויסע 
אידישע אַרבייטער-באוועגונג האָט ניט נעקענט זיין. וי שון 
געזאנט, זיינען די אינדוסטריען דאָרטען געווען וועניג ענטוי- 
קעלט, און פאַר קיין לעבעדינער אַרבייטער-באווענונג איז איבער- 
הױיפּט קיין באָדען ניט געווען. דער סאַָציאַליזם צווישען די 
אידען האָט נעטראַנען א בונדיסטישען כאראקטער. ריכטיגער 
געזאָגט, אונזערע קראקאָווער אידישע גענאָסען האָבען סימפּאַ- 
טיזירט מיט דעם רוסישען , בונד", און אַזױ ווייט, װי דאָס האָט 
געשטימט מיט די גאַליצישע אומשטענדען, וועלכע זיינען געוען 
נאנץ אַנדערע וי אין רוסלאַנד, האָבען זיי זיך באטראכט אַלס 
בונדיסטען, 

מיט די פאָרשטעהער פון דיזער באוענונג האָב איך זיך 
באקאנט זייענדינ אין קראקאַו, און זיי האָבען מיך באעהרט מיט 
אַ צוזאמענקונפט ביי אַ וועטשערע. דאָס איז פאָרנעקומען און- 
טער'ן פרייען הימע? ביי אַ רעסטאָראַן, וועלכער האָט צו זיך אַ 
שעהנעם שטיקעל פּארק נלייך לעבען דעם װאָקזאַל. די פיהרער 
פון דער גרופּע זיינען געווען גענאָסע שרייבער און גענאָסע 
גראָסער. 


זיי און די אנדערע קראַקאָװער גענאָסען פון דער גרופּע, 
װאָס האָט אַנטײי?ל נענומען אין דעם מאָלצייט, זיינען געװען 
נעבילדעטע יונגע לייט פון דעם באַלעבאַטישען קלאָס. אידיש 
איז זיי געווען שווער צו רעדען, זיי האָבען אונזער שפּראך אָבער 


104 בלעמער פון מיון לעבען 


גוט פאַרשטאַנען. צווישען זיך האָבען זיי נערעדט פּויליש אָדער 
דייטש, און דורך סיין אידיש און זייער דייטש האָבען מיר זיך 
לייכט צוזאמענגערעדט. 


,9 


איינדרוקען פון לעמבערג. -- דער מיטעל-פּונקט פון דער 
שמאָדט. -- קארל לודוויג גאָס. --- דער טעאַטער. -- דער 
אידישער מארק.--די אַלטע לעמבערגער שוהל.--סצענעס. 





אין לעסמבערג בין איך שוין אמאָל נגעווען, הנם אין דער 
שטאָדט גופא האָב איך דאַן פארבראכט בלויז אַ דריי שטונדען. 
דאָס האָט פּאַסירט אין דעם היסטאָרישען זומער פון 1882, וען 
עס האָט זיך אָנגעהוֹיבען די גרויסע אידישע עמיגראַציע קיין 
אַמעריקא,. אונזער גרופּע, דער באלטער קרוזשאָק ,עם עולם", 
איז ארױיסנעפאָהרען פון בראָד, און אונזער לאַננזאמער עמינראנ- 
טען-צוג האָט זיך אין נאַליציען אָפּנעשטעלט אין לעמבערג און 
דערנאָך אין קראקאַן. אין קראַקאַו זיינען מיר לאַנג ניט געשטאַ- 
נען. נעהן אַ קוק טאָן אויף דער שטאָדט איז קיין צייט ניט 
געווען (זעה צווייטען באנד, פּיידזש 80), אין לעמבערג אָבער 
האָט זיך דער צונ אָפּנעשטעלט כמעט אױף א גאנצען טאָנ. 
האָבען פילע פון אונז זיך אַראָפּנעכאַפּט אין שטאָדט אױיף אַ 
פּאָר שעה (זעה צווייטען באנד, פּיידזש 49--80). 


ווען איך בין איצט, מיט דרייסיג יאָהר שפּעטער, געקומען 
קיין לעמבערג, האָט אין מיין זכרון מיט אַ מערקווירדינער העל- 
קייט אויפנעלעבט אַלץ, װאָס אין מיין מוח האָט זיך אויפנעמאָלט 
אויף מיין ערשטען וויזיט. דאן האָב איך אָבער נאָר נעזעהן א 
גאנץ קליינע טייל פון לעמבערג, וועהרענד איצט האָב איך דאָרטען 
פארבראכט איבער א ואָך און בין באקאנט געװאָרען מיט דער 
גאַנצער שטאָדט. אין די אַכט טענ האָב איך אַ סך אַרומנעשפּא- 
צירט, באַזוכט פארשידענע פּלעצער, נגעסוקט, באַאָבאַכטעט. 


איינע פון די ערשטע זאכען, װאָס האָט זיך מיר געװאָרפען 
אין די אוינען, ווען איך האָב נעמאכט מיין ערשטען שפּאציר 
דורך לעמבערנ אין 1912, איז נעווען דער פאַקט, אַז דער אֶנהוֹיב 


ווידער אין איוראָכאַ 135 


פון דעם אידישען קװאַרטאל מיט זיין מאַרס, מיט זיין אַלטער 
שוהל, מיט זיין ,, העסטער סטריט? לינט אין דעם סאַמען צענטער 
פון שטאָדט, אין איהר שעהנסטען פּלאץ. די גרויסארטיגסטע 
און פּרעכטינסטע צוויי געביידעס אין לעמבערג זיינען דער , סעים" 
(דער לאָקאַלער גאַליצישער פּאַרלאַמענט אונטער דער עסטרייכו- 
שער הערשאַפט) און דער פּוילישער טעאַטער, און דיזער טעאַטער 
שטעהט ביי דער , העסטער סטריט". 

--- וי קומט דאָס, אַן די פּאָליאקען האָבען זייער קונסט- 
טעמפּעל געבויט גראָד דאָרטען, וואו עס היבט זיך אָן דער 
אידישער נענענד ? -- האָב איך נעפרענט ביי מיינע בא- 
גלייטער, האָט מען מיר נעענטפערט, אַז דער אידישער קװאַר- 
טאַל פון לעמבערג פאַנגט זיך אָן נראָד אין דעם צענטראלסטען 
און שענסטען פּונקט. אַלזאָ, אין דאָס דער פּאַסענדסטער אָרט 
פאַר אַ שטאָדט-טעאַטער. 

דאָ, לעבען טעאַטער, נעהט די וויכטינסטע נאס -- קאַרף 
לודוויג שטראַסע. פּאַראַלעל צו איהר ציהט זיך אַ לאַנגער שמאָ- 
לער פּארק, וועלכער הייסט נעטמאנסקער װאַל. וואו עס ענדינט 
זיך דער װאַל, געפינט זיך אַ היבשער סקװוער מיט גראָז און 
בוימער. דאַן הויבט זיך אֶן די אינטערעסאַנטע טעאַטערנע- 
ביידע. דער נאַנצער שטח איז אָפען, פריי, שעהן. 

אָט דיזען פּלאץ האָב איך באזוכט פּונקט מיט דרייסיג יאָהר 
פריהער. איך האָב איהם איצט דערקענט, הנם דער טעאַטער איז 
דאַן נאָך ניט געשטאַנען, און דער סקווער אין מסתמא געוען 
א דירעקטע פאָרטזעצונג פון דעם וואל,. דער גענענד האָט אין 
מיין געדאַנק איבערגעלאָזען אַ בילד פון שעהנע לאָנקעס אין 
מיטען שטאָדט. דאָ לעבען דיזע ,לאָנקעס" האָט דאָס מיך 
מאַשביר פאָרגעשטעלט פאַר װאַלטער'ן, דעם טיבען קיעוער 
סטודענט, וועלכער איז געווען איינער פון די גרינדער פון דעם 
,עם עולם", און וועלכער האָט געמוזט אַװעקפאָחרען פון רוסלאַנד 
צוליב זיין באטיילינונג אין דער רעװאָלוציאָנערער באוועגונג 
(זעה צווייטען באנד, פּיידזש 49), דאָס אין דער מיטעלפונקט 
פון לעמבערג. אַהין קומען זיך צונויף אַלע טראמווייס (קאַרס), 
און דאָרטען פאנגען זיך אָן די וויכטינסטע קראָמען. דאָס אין 


196 בלעטער פון מוין לעבען 


פוֹן איין זייט טעאַטער און פון דער אַנדערער זייט געהט דער 
אידישער מארק, 

א שעהנע לעבעדינע שטאָדט אין לעמבערג. באפעלקערוננ 
האָט זי געהאט כמעם צוויי מאָל אזוי פיל וי קראקאו. לעבען 
אָבער האָט זי ארויסגעוויזען אפשר דריי מאָל אַזױ פיל. אַזױ 
האָט זיך מיר געדוכט, 


יעדען פאַרנאַכט און זונטאנ נאָך קירכע-צייט איז דער 
טראָטואר אויף קאר? לודווינ שטראסע נגעווען פול מיט שפּאצירענ- 
דע, אַ סך געשמאקפולע נעקליידעטע דאמען און קאוואליערען --- 
אָפיצירען, יוניפארמירטע סטודענטען, נימנאזיסטען און ציווילנע 
פראנטען. 

צווישען די אָפיצירען האָב איך אויף דיזען שעהנעם טראַטואַר 
באמערקט א פּאֶר אידישע,. זיי האָבען געשפּרײזט מיט מילו- 
טערישען שטאָלץ, זיי האָבען אָבער געמאַכט אַזאַ איינדרוק, וי 
אַקטיאָרען װאָס שפּילען זייער ראָלע מיט'ן קאָפּ און ניט מיט אַ 
געבאָרענעם טאַלאַנט. וען איך האָב נגעזעהן אַ אידישען אֶפיציר 
אין עסטרייך-אונגארן---אין לעמבערנ, צי אין וויען, צי אין בודאַ- 
פּעסט -- האָט זיך מיר געדוכט, אַז ער פיהלט זיך ניט װי ביי 
זיך אין דער היים,. רייכע אידען פלענען זיך לאָזען קאָסטען 
אייגענסען זייערע זיהן צו באזאָרנען מיט אַ מיליטערישער קאַריע- 
רע. די קאַריערע האָט אָבער מעהר געשמעקט מיט ערנידערונג 
װי מיט נדולה. קיין אַנטיסעמיטיזם האָט אין די אפיצערישע 
קלובען ניט געפעהלט, | 

מען דאַרף דאָ באמערקען, אַז אוימ'ן נאָס זיינען עסטריי- 
כישע אַפיצירען ניט גענאַנגען מיט אַזאַ נאוה װוי דייטשע. אַחוֹץ 
אַלעס זיינען זיי ניט געווען אַזױ ,, האַמעטנע" געבויט. זיי זיינען 
געווען שלאַנקער, און די שעהנע הויכע היטלען, װאָס זיי האָבען 
געטראָגען, האָט זיי געמאַכט אויסזעהן העכער (די דייטשע אֶפי- 
צירען און סאַלדאַטען האָבען געטראָגען ברייטע פוראזשקעס). 
אין אַלגעמײן האָבען די עסטרייכישע אָפיצירען אויסנעזעהן 
עלעגאַנטער. זייערע יוניפאָרמס זיינען געווען די שעהנסטע אין 
יוראָפּ, | 

די שעהנע קאַרל לודוויג גאַס איז ניט קיין לאַנגע. זי פאַר- 


ווידער אין אווראָטאַ 197 


נעמט ניט מעהר וי עטליכע נין יאָרקער , בלאקס". אונגעפעהר 
אַ העלפט פון איהר לענג, -- די װאָס איז נעהנטער צו דעם 
אידישען קװאַרטאַל, -- איז כמעט אין נאַנצען א אידישע. דאָר- 
טען האָבען זיך מייסטענס געזעהן פארצייטיג-נעקליידעטע א 
דען. *) די אַנדערע העלפט, וידער, אין א סאָדערנע, און 
דאָרטען שפּאַצירט אַ פיין נעקליידעטער עולם. עס אין אָבער 
געווען דאָס זעלבע, וי אין קראַקאַן אין די פּלאַנטען: צאַמען 
מיט מאָדערן-געפּוצטע ציווילע און אָפיצירען שפּאַצירען דאָ איו- 
ניגע גאנץ פאַרצייטינ-געקליידטע חסידים, 


אין קראַקאַו בין איך שוין צו דעם אַביסע? צוגעוואוינט 
געװאָרען, און אין לעמבערג נאָך מעהר., 


איין מאָל, ארומגעהענדיג איבער קארל לודווינ שטראסע און 
באאָבאכטענדיג אַ ציכטיג געקליידטען בלאַנדען אידען מיט זעהר 
לאַנגע פּאות'ן און שיך מיט ווייסע זאָקען, אַ זעהר לאַנגע בעקעשע 
און אַ פּלושענעם חסידישען קאַפּעליוש, האָב איך זיך געטראכט : 
מיט װאָס איז דאָס אַזאַ אויסזעהן געשמאַקלאָזער, װי דער אויס- 
זעהן פון אַַ פאַר-הונדערט-יאָהרינען אַריסטאָקראַט און פראַנט 
אין זיין ווייסען פּאַרוק מיט דעם ווייסען עק פון החינטען, מיט די 
קורצינקע הייזעלאך און לאַנגע זאָקען ? היינט זעהט דאָס אויס 
קאָמיש. אַלץ איז אַ פראַגע פון מאָדע, און די מאָדע באשטימט 
דעם געשמאַק. 

ווען איהר געהט פון אידישען קװאַרטאָ?ל איבער דער קּֿאַרל 
לודוויג גאָס, און איהר דערגעהט ביז איהר ברעג, קומט איהר צו 
צו מאַריאטשקע פּלאץ -- אַ שעהנער פּונקט מיט גרויסע רייכע 
קלייטען. דאָס איז די פֿאָרטזעצונג פון דעם טראָטואַר, איבער 
וועלכען עס שפּאַצירט דער ציווילער עולם און אָפּיצירען. דאָ 
זעהען זיך נאָך אַלץ איינינע אידען מיט פּאות'ן און מיט לאַננע 
בעקעשעס. דאָ פיהלען זיי זיך נאָך אלץ ביי זיך אין דער היים. 

דער טראָטואַר פון מאַריאטשקע פּלאץ פאַרקירעװעט זיך 


*) ווען איך האָב לעמבערג ווידער באווכט, נאָך דער מלחמה, 
אין ואָהר 1025, איז און דיזער טייל קאַרל לודוויג שטראַסע דער 
פּראָצענט פאַרצווטוג-געקלוודטע שוון געװוען פיל קלענער. 





108 ' ' בלעמער פון מיין לעבען 


באַלד רעכטס. עס פאַנגט זיך אָן אַ לאַנגע שמאָלע גאס, וועלכע 
איז אויך פו? מיט שעהן געקליידעטע מענשען; אָבער דאָרטען 
זעהט איהר שוין ניט קיין פארצייטיגע אידען. איהר זעהט דאָר- 
טען איבערהויפּט זעהר וועניג אידען, אַפילו היינטינע. דיזע 
שמאָלע, זעהר לאַננע גאס, וועלכע ציהט זיך ביז דעם אוניווער"- 
זיטעט, הייסט אַקאַדעמיטשקע. אויף איהר געפינען זיך איך 
נרויסע געשעפטען, אָבער זיי זיינען ניט קיין אידישע. און דער 
עולם, װאָס נעהט דאָ מאַסענװייז, הויפּטזעכליך פאַרנאַכטלאַך, 
איז כמעט דורכאויס אַ פּוילישער עולם. דער ויכטיגסטער אָרט 
פון שטאָדט אָבער, דאָרטען װאו עס קומט פאָר דער הױפּט- 
שפּאַציר, לינט צווישען ביידע געגענדען --- אַ ,נײיטראַלע" שטי- 
קעל שטאָדט, וואו ביידע נאַציאָנאַליטעטען שפּאַצירען צוזאַמען, 
און ביידע פיהלען זיך , צו הויז". 


אין ?עמבערנ איז פאראן א פּארק, יעזואיטען-גאָרטען, וואו 
אין אַמאָלינע יאָהרען פלענט אידען זיין פארבאָטען אריינצוגעהן. 
אין 9 האָט מען דאָרטען געזעהן מעהר אידען וי קריסטען. 
עס איז א פיינער גרויסער פּארק, און יעדען אַװענט האָט דאָרטען 
געשפּילט אן אויסגעצייכענטער מיליטערישער ארקעסטער, | 


אַנטקעגען דעם אריינגאַנג צום יעזואיטעןגאָרטען שטעהט 
די אױיבעןידערמאַָנטע סעים-געביידע, אַ פּרעכטיגער בנין, מיט 
וועלכען אַ פּאַריז װאָלט זיך ניט געהאַט װאָס צו שעמען. דאָ 
פאַנגט זיך אָן די גאַס פון ,דריטען מאַי" (דער נאָמען אין גע" 
נומען פון דער פּוילישער געשיכטע), וואו עס געפינען זיך רייכע 
אָפיסעס --- אַ שטילע גאס פון שעהנע, ניט הויכע מויערען. אין 
סך הכ? איז דיזער פּלאַץ -- דער אָנפאַנג פון דער נאַס פון 
,דריטען מאי", דער סעים און דער אריינגאנג צום פּאר? -- 
פאר'ן אויג דער ערהאבענסטער ווינקעל אין לעמבערג. 


אין אַן אַנדער געגענד אויף אַ באַרג געפינט זיך אַ גרעסערער 
פּאַרק. אַ גרעסערער און אַ וילדערער. אָבער דאָס איז שוין 
ווייטער פון דעם צענטער פון דער שטאָדט. אין דיזען ווייטערען 
פּאַרק שטעהט אַ הויכער קיילעכדינער היסטאָרישער היגעל (בער- 
נע?) פון ערד און פון שטיינער,. אמאָל איז דאָס געווען אַ פעס- 


ווידער אין אייראָמאַ 190 


טונג, און אין דער היסטאָריע פון פּוילען איז דאָס אַ באריהמטער 
אָרט, אַ וויכטינער דענקמאָל, : 

דער היגעל איז זעהר הויך, אויף איהם איז זעהר שוער 
אַרויפצונעהן. ווען מען קומט אָבער ארויף, זעהט מען פאַר זיך 
די נאַנצע שטאָדט מיט די ארומינע פעלדער, אַזױ וי אַ בילך 
אויף אַן אױיסגעשפּרײיטען פּאַפּיר, ‏ עס איז צויבערליך שעהן. 

= א 6 

איין בלאָק (ניו יאָרקער) פון דעם פּױלישען טעאַטער 
געפינט זיך די באריהמטע אַלטע, עטליכע-הונדערט-יעהריגע לעמ- 
בערנער שוה?. דאָרטען דאַװענט נאָך אַלץ אַ גרויסער עולם. 
דאָך איז זי פון דרויסען און פון אינוועניג זעהר אָפּנעלאָזען, 
פאַרשטויבט און פארשלומפּערט. דער שמש האָט מיר געויזען 
אַ פאַרראָסטען אַלטען אייזערנעם רייף מיט אַ שלאָס. דאָס איז 
די פאַרצייטיגע , קונע"?. אויך האָט דער שמש מיר געויזען אַ 
סך אַלטע זילבערנע קרוינען, יד'ען און ,בלעכען" פוֹן ספרי 
תורות. 

ארום און ארום דער שוה? לינט די טעטינסטע און די 
אָרימסטע טייל פון דעם אידישען מארק, ריכטינער געזאָגט מערק, 
װואָרים זיי ציהען זיך אויף עטליכע גאַסען און אָפענע סקווערס. 
דער גאַנצער נענענד הייסט , פאַר דער שוהל", 

שטעלט זיך פאָר דעם פּושקאַרט-ביזנעס מיט דעם נעפּילדער 
פון העסטער סטריט ביי נאַרפּאָלק און עסעקס סטריט; לענט צו 
די סצענעס פון דעם מארק אונטער דעם דעלענסי פסטריטער בריק, 
און כפל'ט די אָרימקייט אויף צעהן, װעט איהר באקומען דעם 
,פאַר דער שוה?", דאָרטען קענט איהר קויפען פון א האַלבען 
הערינג ביז אַ שטיקעל זיידענס, און פון א פאַרראָסטען שלעסעל 
אֶהן אַ שליסעל ביז אַן אַלטער זילבערנער בשמים-פּושקע. אָבער 
ניט אין דעם נרעסערען דלות לינט דער אונטערשיעד, דער אַ5- 
געמיינער אויסזעהן אין אַן אַנדערער וי ביי דער אַמעריקאַנער 
העסטער סטריט. 

איך האָב דעם פּלאץ באזוכט צויי מאָל, און ביידע מאָל 
איז דאָס אויסגעקומען אין אַ פרייטאָג, ווען ער זעהט זיך אין 
זיין פולען גלאנץ, | 


140 בלעטער פון מיין לעבען 


איך האָב אַ היבשע ביסעל צייט פארבראכט אויף יענעם 
טייל פון דעם מארק, וואו עס זיצען וייבער מיט שטיקלאך 
קאַרטון, פּערקעל, העמדער, פארטוכער, יאקלאך און צעהנדלינער 
אַנדערע זאַכען, נייע אָדער געניצטע, מיינע באַנלייטער זיינען גע- 
ווען גענאָסע קיסמאן, דער רעדאקטאָר פון דעם ,, אידישען סאָציאל- 
דעמאַקראַט/, און אַ צווייטער יונגער אידישער שרייבער. מיר 
זיינען אָנגעקומען ווען דאָרטען האָט געפלאַקערט א קרינעריי 
צווישען צוויי פון די הענדלערקעס איבער אַ קונד. באַלד האָט 
זיך באוויזען אַ דריטע מארק-אידענע, און זי האָט נלייך אַנטײל 
גענומען,. עס האָט זיך ארויסנעצייגט, אַן די מלחמה איז פון 
אֶנהוֹיב אָן געווען אַ דרייפאַכע. די דריטע איז אין מיטען אַװעק 
אויף אַ וויילע ; איצט, אַלזאָ, איז זי צוריקגעקומען, און זי האָט 
נלייך פאָרטנעזעצט צו שרייען און צו שילטען יענע צוויי. יעדע. 
פון זיי האָט נעשימפט און , געבראַנדעװעט" די אַנדערע צוויי. 


איך האָב זיך צונעהערט, איך האָב אָבער ניט געקענט כאַפּען 
די ווערטער. זייער לעמבערגער אידיש האָט אין מיינע ליטווישע 
אויערען זיך צונױיפגעפּלאָנטערט אין איין קנויל, מערקוירדינ, 
אין נין יאָרק פאַרשטעה איך נאליציש-אידיש פּונקט אַזױ גוט 
וי ווילנער, און דאָ, אויף דעם לעמבערנער ,פאַר דער שוהל", 
האָב איך וידער דערשפּירט, אַז איך בין א הנעבראָטענער 
ליטואַק", 

איך האָב געפרענט מיינע פריינד, און זיי האָבען מיר 
ערקלערט ; 

-- אָט יענע אידענע, די העכערע, די דאַרע, זאָנט: (אַ 
קרעבס דיר אין בויך אריין !* | 

--- און װאָס האָט נעענטפערט די אידענע מיט די דינע 
ליפּען און רויטליכע אוינען ? --- האָב איך געפרענט, 

--- זי האָט צו איהר נעזאַנט: ,אַ שטאָק-קאַטאַר דיר אין 
האַלז אריין /... 

ווען איך האָב זיך נאָר צונעקוקט און ניט געפּרואווט פאַר- 
שטעהן װאָס זיי זאָנען, זיינען די דריי ווייבער פאַר מיר געווען 
די זעלבע אידישע מארק-פרויען וי אין וילנע, אַבסאָלוט די 


ווידער אין אויראָפּאַ 141 


זעלבע. פּונקט דער זעלבער אֶנבליק, פּונקט די זעלבע אַװאיעס, 
מיר האָט זיך געדוכט, אַז זיי מאַכען מיט די הענט, שאָקלען צו 
צו יעדער קללה מיט'ן קאָפּ און שטעלען אויס די ליפּען מיט 
אונזער ליטווישען ,אַקצענט",.. אַ ליטווישע מארק-אידענע פאַר- 
שטעהט ניט דעם װאָרט קרעבס. ביי איהר הייסט עס ,ראַק", 
און מיט קיין , ראַס" שילט זי זיך ניט. יעדענפאַלס איז די דאָ- 
זינע קללה ניםט געווען קיין גאַנגבאַרער ארטיקעל אין מיין צייט. 
און פון אַ , שטאָק-קאַטאַר" האָט זי געוויס קיין באנריף ניט גע- 
האַט, זי קומט אָבער אויס אֶהן דיזע צוויי קללות. עס מעהלט 
איהר ברוך השם נים. אויפ'ן וילנער פיש-מאַרק האָט מען אין 
מיינע היימישע יאָהרען געקענט צונויפשטעלען אַ צימליך רייכען 
אידישען ווערטערבוך. 

קוקענדיג אויף די לעמבערגער מארק-ווייבער, האָב איך זיך 
דערמאָנט, אַז ביי אונז אין ניו יאָרק, אויף ריװינגטאָן סטריט, 
איז ניט קיין זעלטענהייט צו הערען וי אַ ליטווישע פּושקאַרט- 
פּעדלערקע פאַרהערט זיך אין , לשון" מיט איהר נאַליציאנער 
קאָנקורענטין. איך האָב זיך אמאָל אָפּנעשטעלט ביי אַזא / דע- 
באַטע?, ביידע אַנטייל-נעמערינס זיינען געװען טאַלאַנטפולע 
שילטערקעס. אַלזאָ, האָט געבליצט און געדונערט מיט תוכחה- 
שפּראך, אויף ביידערליי אידיש. איבערינענס, האָט מען געקענט 
זעהן, אַז זיי פארשטעהען זיך איינע די אַנדערע מיט די ווערטער 
אויך אין ניו יאָרק, וואו די פאַרשידענע זאָרטען אידישע אימו" 
גראַנטען וואוינען צוזאַמען, ווערט מען שוין צונעוואוינט צו די 
פרעמדע דיאלעקטען און אױסשפּראַכען. דערצו נאָך האָבען די 
צוויי ריװוינגטאָן סטריטער ווייבער אין זייער דעבאַטע געברויכט 
אַ סך אַמעריקאַנער אידיש, װאָס איז אַ געמיינשאפטליכער לשון 
| ביו זיי, 

דעם צווייטען פּרייטאָג, ווען איך בין געווען אויפ'ן לעמ- 
בערגער , פאַר דער שוהל", האָב איך נגעזעהן װי אַ זעהר אַלטע 
אידענע מיט אַ צוקנייטשטען פּנים זיצט ביי אַ בערגעלע קאַרשען 
און שרייט: ,קאַװע מיט צוקער!?; זי אין געזעסען, איהרע 
ביינערנע הענט צוזאַמענגעשלאָסען, איהר אַלטען פּנים פֿאַך- 
קרימט, און געקוקט אָן אַ זייט. א פֹּאֶר מינוטען אין זי 


142 בלעמטער פון מיין לעבען 


אַזױ געזעסען און נעשווינען, און דאַן, פּלוצלונג, האָט זי זיך אַ 
כאַפּ געטאָן מיט אַ בייזען געשריי: 

--- צוקער ! קאַװע מיט צוקער! 

זי איז ווידער אנטשוויגען געװאָרען. אַ פֹּאֶר מינוטען שפּע- 
טער האָט זי זיך ווידער אַ כאפ געטאָן און מיט כעס אויסנע- 
שריען : 

--- צוקער ! קאַווע מיט צוקער! 

און אַזױ ווייטער... 

דער טעם פוֹן קאַװע מיט צוקער אין מסתמא געװען דער 
געשמאַלסטער טעלערע? פון הימעל, װאָס זי האָט זיך געקענט 
פאָרשטעלען, : 

אין אַן אַנדער אָרט איז געזעסען אַ יונגע מארק-ווייבעל ביי 
לעבלאך ברויט, און לעבען איהר איז געזעסען אַן עלטערע פרוי 
מיט לעקעכלאך,. די יוננע האָט געהאַלטען אין פאַרלאַטען אַ 
העמד, אָדער אַ ליילאך, און דערביי האָט זי הויך גערעדט צו 
איהר שכנ'טע. איך האָב דערהערט דאָס װאָרט , פילאַדעלפיע", 
און דערנאָך , טשיקאַנאָ". ווען איך בין צונענאַנגען נעהנטער, 
האָב איך געהערט, אַז זי דערצעהלט עפּעס ווענען איהר מאַן און 
פאַרנלייכט איהם מיט איהר שװאָנער דער שװאָגער, וועלכער 
איז אויך אין אמעריקא, איז אַ נאָלד, אַן אוצר, און איהר מאַן 
אין אַ , שאַרלאַטאַן" און נאָך עפּעס, װאָס איז מסתמא אויך ניט 
געווען קיין עהרען-טיטעל, זי האָט גערעדט נעדיכט און מיט 
הנאה, און די עלטערע אידענע האָט צוהערענדיג זיך שווער צונע- 
זיפצט און טרויערינ צונעשאַקעלט מיט'ן קאָפּ. אָבער אַזױ זים- 
צענדיג און שאָקלענדיג מיט'ן קאָפּ, האָט זי אַלע וויילע געשריען 
צום עולם: ,לעקאך! די בעסטע לעקאך, זאָל איך אַזױ האָבען 
פּרנסה !" 

איהרע ענטוזיאסטישע לויב-נעזאַנגען זיינען ארויסגעקומען 
פאַרזיפצטע, פאַרטרויערטע, אַזױ וי זי װאָלט אימיצען באקלאָנט, 
און אַזױ איז דאָס גענאַנגען װוייטער: די אינגערע פרוי האָט 
דערצעהלט, און זי, די עלטערע, האָט זיך צונעהערט, און מיט אַ 
זיפצענדען וויינענדיגען נגון האָט זי געלױבט איהרע לעקעכלאך. 

ניט ווייט דערביי, אין רעכטען מיטען פון דעם אידישען 


ווידער אין אייראָמאַ 145 


מארק פאַר דער שוה?, אין געשטאנען אַ ווענעלע מיט פּולישע 
ביכער. װאָס מיך האָט ספּעציע? פאַראינטערעסירט, איז אַן 
אַלטער איד מיט אַ גרויזאַמע פּאֶר פּאות אין אַן אַלטער צורי- 
סענער בעקעשע ביז דער ערד, וועלכער אין געשטאַנען דערביי, 
פארטיפט אין איינעם פון די פּוילישע ביכלאך. דאָס ביכעל אין 
געווען ניט קיין אויפנעשניטענער. אַלזאָ, האָט ער איהם געלעזען, 
אריינקוקענדיג צווישען די פאַראיינינטע בלעטלאך. מען האָט 
געקענט זעהן, אַז ער פארשטעהט פּוליש גוט און אַז ער לעזט 
מיט נרויס אַפּעטיט. אַז אַ איד פון דיזען סאָרט זאָל לעזען אַ 
רוסישען ביכעל, איז אין מיין געבורטס-פּלאַץ געווען אַן אונמענ- 
ליכע סצענע. 

אין איין אָרט ,פאַר דער שוה?" איןז א אידישער גימנאַ- 
זיסט געזעסען ביי עטליכע קאַשיקעס מיט גרינסען און נעלעזען 
א ביכעל,. באַלד איז אָננעקומען זיינע אַ שוועסטערע?. זי האָט 
ארויסגעריסען דעם ביכע? פון זיינע הענט און אױיף איהם נע- 
נומען שרייען (אויף פּויליש), פארװאָס ער פאַרנאַכלעסיגט זיינע 
פליכטען אַלס הענדלער,. דער גימנאזיסט האָט אויפנעהויבען 
דעם ביכעל און, מיט אַ פאַרקרימטען פּנים, האָט ער גענומען 
אויספרופען די סחורהח, װאָס איז נעלענען אין זיינע קאַשיקעס. 
דאָס מיידעלע האָט אויך נעטאָן דאָסזעלבע, אָבער מיט אַ העכערען 
קול און מיט מעהר חשק; דער גימנאַזיסט האָט געשריען אַזױ 
וי איבערגעװאַלד,. באַלד איז צונעקומען זייער פאָטער, אַ קליי- 
נינקער אידעלע מיט אַ קליינינקע שװאַרצע בערדעלע, אָבער מיט 
גרויסע געדיכטע פארפּלאָנטערטע פּאות'ן, און דאַן האָט דער 
איננעל אויך גענומען שרייען מיט מעהר קראפט. דער פאָטער 
האָט אויך געשריען. פון דעם דועט אין געװאָרען אַ טריאָ. 
אַזאַ סצענע מיט א נימנאזיסט אין דיזער ראָלע אין אין מיין 
אַלטער היים אויך געווען אַן אונמענליכע זאך. ביי אונז װאָלט 
אַזאַ אָרימע פאמיליע אַ קינד אין נימנאָזיע ניט געשיקט. 

אַן אַנדער אידענע איז נעזעסען אויף דער ערד ביי אַ באַרג 
שװואַרצע יאַנאָדעס, איהרע הענט זיינען אין נאנצען געוען 
בלאָהליך-רויט פון דער יאַנאָדע זאַפט; זיי האָבען אויסנעזעהן 
וי איינגעטונקט אין בלוט. איהרע קודלעװאַטע האָר זיינען געווען 


144 בלעטער פון מוון לעבען 


פול מיט פעדערען,. עס איז אַרויסגעקומען אַ בילד פון אַ וויל- 
דער, פארבלוטינטער מכשפה. איז אָבער צו איהר צונעגאַנגען 
אַ קליינינקע מיידעלע, און זי האָט צו איהר גענומען שמייכלען 
מיט אַזאַ סימפּאַטישען שמייכעל, אַז פון דער מכשפה איז גע" 
װאָרען אַ זונען-שיינענדער בילד פון מוטער-ליבע. 


.6 


ווייטערע איינדרוקען פון לעמבערג. -- אידישקיים. -- 
אידישץ גימנאַזיסטען. -- ווידער אין דער אַלטער שוהל, -- 
א שפּאַציר דורך די אידישע גאַסען אין א פרייטאָג-צונאַכט, 
דלות. --- געזאַנג. -- קאַפּעס. -- דער מאַרק אַרום דעם 
מאַגיסטראַט. -- רוטענער און פּאָליאַקען. 


פאַהרענדיג פון קראַקאו קיין לעמבערג, האָב איך אין דעם 
וואגאָן זיך צורעדט מיט אַ פרומען אידען, אַ לעמבערנער. וען 
איך האָב איהם געפרעגט ועגען זיין שטאָדט, האָט ער אַ מאַך 
געטאָן מיט'ן האַנט און געזאָגט ; 

--- לעמבערג איז קאַליע געװאָרען ! 

--- װאָס מיינט איהר ? -- האָב איך נעפרעגט. --- אין װאָס 
איז אייער שטאָדט קאַליע געװאָרען ? 

--- אין אַלץ! אין געשעפט, אין אידישקייט.. די באַנקען 
באָרגען קיין נעלט ניט. עס זיינען דאָ אַ סך באנקראָטען, האָט 
מען מורא צו געטרויען א נולדען עס איז טױיט, 

--- און אידישקייט ? 1 

-- אידישקייט איז אין לעמבערנ זעהר שוואך. 

ווען איך בין געקומען אין דער גרויסער נאַליציאנער שטאָדט, 
האָב איך זיך ערקונדינט, אַז אין באצונ צו אידישקייט אין זי 
,קאַליע געװאָרען" נאָך מעהר, װוי איך האָב זיך פאָרגעשטעלט 
פון יענעם אידענ'ס ווערטער, 

איך בין געקומען פּרייטאָג בײיטאָנ. אויף מאָרנען, שבת, 
בין איך איבערראַשט געװאָרען פון דער נרויסער צאָה? אידישע 
קראָמען, װאָס זיינען געווען אָפען, כמעט יעדער אידישער נע- 
שעפט, װאָס איז ניט געווען פאַררוקט אין די טיפענישען פון דעם 


ווידער אין אייראָפּאַ 149 


אידישען קװאַרטאַל, איז געווען אָפּען. אין דעם אידישען טייפ 
פון קאַרל לודוויג גאָס האָט זיך גערודערט מיט געשעפט, וי 
אין מיטען װאָך. די קראָמען אויף דער מאָדערנער העלפט קאַרפ 
לודוויג גאַס זיינען אויך אידישע, און אַז זיי זיינען געווען אָפען, 
איז שוין ביי מיר געווען זעלבסטפארשטענדליך, אויף די זייטיגע 
גאַסען, װאָס ציהען זיך פון קאַר? לודוויג גאס, האָבען דאָס רוב 
אידישע קלייטען אויך אָנעפיהרט זייער האַנדעפ, 

אידישע יוננע לייט מיט פּאַפּיראָסען אין די מיילער האָב 
איך נעזעהן אויף טריט און שריט. דאָס אַלץ אין פאַר מיר 
געװוען אַ נייעס איך האָב זיך לעמבערג פאָרגעשטעלט אלס אַ 
פרומע אידישע שטאָדט. 

צוֹ דערזעלבער צייט האָב איך אויף די נאַסען אױיף טריט 
און שריט באגענענט א אידען אין אַ שטריימעל, אַן אַטלאַסענער 
קאַפּאָטע מיט אַ נאַרטעל און שיך מיט ווייסע זאָקען, די פרומע 
אַלט-מאָדישע אידען זיינען זיך געגאַנגען זייער וועג, און די היינ- 
טינע מיט די פּאַפּיראָסען אין די מיילער זיינען זיך געגאַנגען 
זייער װועג, איינער האָט דעם אַנדערען באַטראכט אַלס אַ גאנץ 
נאַטירליכע ערשיינוננ. 

יענעם מאָרנען, ווען איך בין גענאַנגען באקוקען די אַלטע 
לעמבערנער שוה?, האָב איך אין איהר געפונען דאַװנענדינ אַ 
היבשע ביסעל אידען מיט גענאָלטע בערד. עס פארשטעהט זיך, 
אַז די מאַיאָריטעט איז באשטאנען פון שטריימעל אידען; אָבער 
צוזאמען מיט זיי זיינען נעשטאַנען (אין טליתים אָדער אֶהן 
טליתים) מענשען מיט אַן ,אַפּיקורסישען" אויסזעהן. גימנאַזיס- 
טען האָב איך דאָ געפונען א חיבשע צאָה?ל, עס איז געוען וא 
קאַציע-צייט, האָבען זייערע חסידישע טאַטעס זיי מיטגענומען 
דאַװונען. אַז אַ איד מיט אומנעהייער לאַנגע פּאותן, אין אַן 
אַטלאַסענער זשופיצע מיט אַ גאַרטעל, זאָל אין שוהל לעבען זיך 
האָבען אַ זוהן א נימנאזיסט, דאָס אין א בילד, ועלכען 
איך האָב אין מיין געבורט-שטאָדט אויך קיינמאָל ניט געזעהן. 
אז אַ פרומער רוסישער איד זאָל שיקען זיין קינד אין גימנאַזיע, 
דאָס איז ביים ענדע פון די זיבעצינער יאָהרען שוין ביי אונז 
ניט געווען קיין נאָװוינע. עס אין אָבער ניט געווען דער זאָרט 


148 | בלעטער פון מיין לעבען 


פרומער איד, וועלכער טראָנט לאַנגע פֿאות און אַן אַטלאַסענע 
זשופּיצע. אפשר האָט אמאָל געטראָפען אַן אויסנאמע אַזאַ. 
אין נאַליציען האָט מען דאָס אָבער געזעהן אויף טריט און שריט, 

דורך די פענסטער האָט אריינגעקוקט א הייסע זון. די 
שוה? האָט געבליסטשעט מיט שווארצע אַטלאַסענע קאפּאָטעס, 
ווייסע טליתים און זילבערנע עטרות. אייניגע פון די באַלע- 
באַטים זיינען געווען זעהר שעהן אין זיי. בלויז די שטריימלאַך 
האָבען נעשטערט. קיין אונעסטעטישערע היטלען קען מען זיך 
ניט פאָרשטעלען. וען די שטריימע? איז געמאַכט פון גוטען 
פוטערװאַרג איז נאָך נישקשה. אַמאָל ניט זי צו דעם װאָס טראָגט 
איהר זאָנאַר ווירדע און חן. וען זי איז אָבער פון אן אָרעמער 
פעלכעל, אַ דאַרע און קװואַרע, און איז נאָך אַלט דערצו, דאַן איז 
זי מיט איהרע עקעלאַך ווירקליך עקעלהאפט, דאָס רוב שטריימ- 
לאך, װאָס מען זעהט שבת אין נאָס, זיינען קבצנ'ישע, צרה'דינע 
שמאַטעס, אין וועלכע דער שענסטער איד זעהט אס קאָמיש. 
און דאָס טראָגט מען , לכבוד שבת". 

ווען איך האָב אין שוה? פארבראכט אַ האַלבע שעה, האָט 
מען געענדינגט דאַװנען. מען האָט גענומען צונויפלענען די 
טליתים. דער עולם האָט זיך צוטיילט אויף גרופּען, קלענערע 
און גרעסערע. איין רעדעל האָט זיך ארומגעקליבען ארום צויי 
לומדים, װאָס האָבען זיך פאַרטשעפּעט אין אַ שטיקעל תורה, 

איך בין ארויסנעקומען פון שוהל צוזאַמען מיט קאָמפּאַניעס 
באַלעבאַטים. מען איז גענאַנגען פון אַנדערע שוהלען און קלויזען 
אויך. פון אַלע זייטען האָט זיך נגעהערט: ,גוט שבת!" (נוט 
שבת !" און צווישען דיזע אַלט-ועלטינע רעליגיעזע גרופּען אין ' 
באַלד דורכגעפאָהרען א דראָשקע מיט אַ אידען און קיינער האָט 
זיך אַפּילו ניט אומגעקוקט. 

* * * 

דעם נעקסטען פרייטאָג און פּרייטאָג-צױנאַכטס האָב איך 
פילע שטונדען פארבראכט ארומגעהענדיג איבער'ן אידישען 
קווארטאל. עס איז אַ גרויסער קווארטאל מיט א סך מוערען 
און מיט אָרימקייט אָהן א שיעור. עס איז געווען אַ הייסער טאָג 
און אַ הייסער אַװענט. וען עס איז געװאָרען פינסטער, איז 


ווידער אין איוראָמאַ 14 


קיהלער כמעט ניט נעװאָרען. די פענסטער זיינען אומעטום 
געווען אָפען. ביי די טירען זיינען נעזעסען ווייבער מיט קינדער 
(די מענער זיינען דאָס רוב געװען אין די קלױזען אָדער נע- 
שטאַנען אויפ'ן נאַס און געשמועסט), געהענדיג איבער די טראָ- 
טואָרען, האָט מען דורך די אָפענע פענסטער געקענט זעהן לייב- 
טער מיט געבענשטע ליכט, און דעם גאַנצען אינהאלט פון די 
פראָנט-צימערען אויף די אונטערשטע עטאַזשען. | 

דאָס רוב איז מעחר וי איין צימער אין אַ דירה ניט געוען. 
און אין מייסטע פּלעצער זיינען אין דעם איינצינען צימער געוען 
א צוויי אָדער דריי אָדער זאָנאַר פיר פֹּאָר לייכטער מיט ליכט. 
איך האָב געהאָט נעשפּרעכען מיט לעמבערגער, און זיי האָבען 
באשטעטיגט מיין איינדרוק, אַן אין פילע איינצינע צימערען 
וואוינען צו צוויי, דריי אָדער מעהר פאמיליעס. 

דירה-געלט איז אין לעמבערנ געווען זעהר הויך, כמעט אַזױ 
וי אין ניו יאָרק; און די פאַרדינסטען, אַפילו ווען עס אין דאָ 
אַ סך אַרבייט, זיינען זעהר קליינע. דער דלות איז געװען א 
שרעקליכער, 

אין אַ קליינעם צימערע?, וועלכער קומט ארויס מיט'ן פענ- 
סטער אויפ'ן נאָס, האָט אַ באנלייטער סמיר דורכ'ן פענסטער 
אָנגעוויזען אויף צוויי בעטען מיט צוויי בערג בעטגעװאַנט. אויף 
אַ טיש זיינען געשטאַנען צויי פֹּאָר ליכט. אַן אַלטע אידענע 
איז נעזעסען לעבען פענסטער, געקוקט אוים'ן נאַס, זיך געשאַקעלט 
און געזאָנט עפּעס אויף אויסוועניג. 

--- דאָ וואוינען אונזערע צוויי פאַמיליעס, -- האָט מיר 
ערקלערט איהרער א פּלימעניק, --- אָבער אייגענטליך זיינען דאָס 
דריי פאַמיליעס, װאָרים מיין קוזינע איז שוין פארהייראט און 
זי וואוינט דאָ מיט איחהר מאַן. מיר רעכענען זיי צוֹ צו מיין 
מוטער'ס משפּחה. | 

אין סך הכל האָבען אין יענעם צימער געוואוינט ניין פּערזאָן. 
און מען האָט מיר געזאנט, אז עס זיינען פאראן א סך ערנערע 
פאַלֶען, 

אַ פַּאֶר ניו יאָרקער בלאק פון דיזער הויז האָב איך געזעהן 
צייכענס פון נאָך טיפערער אַרימקייט, 


148 בלעטער פון מיין לעבען ' 


דאָ האָב איך באמערקט אַ קלייזעל, וועלכע האָט זיך אוים- 
געעפענט פון נאַס. אַזױ וי די פענסטער זיינען געווען אָפען, 
האָט מען געקענט זעהן, אז דאָס איז אַ ברעקעלע צימערע?. דיזע 
קלייזעלע איז געווען נעפּאַקט מיט מענשען, אָבער מעהר וי אונ- 
געפעהר צוועלף אָדער פערצעהן פּערזאָן האָט דאָרטען ניט גנע" . 
קענט אריין. זיי זיינען נגעשטאַנען , אויף די קעפּ" און זיך נע- 
שטיקט פון דושנעקייט און היץ. 


באַלד האָב איך דערזעהן נאָך אַזאַ קלייזעל, אַ דריטע, אַ 
פערטע, א פינפטע, קלייזלאך און קלויזען אֶהן אַ שיעור,. אומע- 
טום האָט מען געהאַלטען אין מקב? שבת זיין אָדֹער דאַוװנען 
מעריב. און פון דעם האָבען די אָרימע נאַסען און נעסלאך נע- 
הוזשעט מיט אַ זאָנדערבאַרען געפּילדער, מיט אַן אומעטיגען, אַ 
פאַר'צרה'טען תפלה-גערודער. מיר האָט זיך געדוכט, אז איך 
הער אַ צוריקגעהאלטענעם יאָמער פון דחקות, פון עלענד, פון 
הוננער. 


קומענדיג צוריק אין מיין האָטעל יענעם אַווענט, האָב איך 
אין מיין נאָטיץיביכעל צווישען אַנדערעס אויפנעשריבען די ווער- 
טער : 

,איך װעל קיינמאָל ניט פאַרגעסען דעם שווערען איינדרוס, 
װאָס דיזער קבלת שבת האָט אויף מיר געמאַכט". 

אין איין פּלאַץ האָט דיזער שווערער איינדרוק אָפּנעטראָטען 
זיין פּלאַץ פאר אַן אַנדערען. ביי איינעם פון די קלייזלאך, 
| אָדער , שטיבלאך", האָט זיך אין אַ שפּעטער שטונדע געהערט אַ 
חסיד'ישער נעזאַנג פול? מיט נעפיה? און מוזיקאלישען חן. דער 
נגון איז אויך נעווען אַ טרויערינער. ער האָט אָבער געהילכט 
ניט מיט דאנה און נויט, נאָר פאַרקערט: מיט גייסטינען נליק 
און מיט אַ הנאה'דינער פארטרוימטקייט. די שטימען זיינען 
געווען ניט קיין שלעכטע, און צוזאַמען האָבען זיי נעקלוננען אַזױ 
וי מיט אַ באוואוסטזיין פון מאַכט, פון ברייטע ערווארטוננען, 
פו? מיט נשמה, מיט פייער, | 

איך בין נעשטאַנען און זיך צונעהערט וי א פאַרצויבערטער. 
די גאַנצע נאַכט װאָלט איך אפשר אַזױ אָפּנעשטאַנען. צו מיין 


ווידער אין איוראָפּאַ 14 


באַדױערען, האָט דאָס זינגען באַלד אויפנעהערט און דער עולם 
איז זיך צונאננען. 
*ִ * * 

קאַפעס האָב איך אין לעמבערג נעפונען א סך, און די 
פיהרונגען זיינען אין זיי געווען דיזעלבע, וי אין ויען; און 
זייער קאַװע איז מיר געפעלען געווען נאָך בעסער וי די וויענער. 
,װאָס אַנבאַטרעפט די קאָפע-פראַגע, --- האָב איך דאַן געשרי- 
בען, -- װאָלט איך נעשטימט פאַר לעמבערג, אַלס די הויפּט- 
שטאָדט פון עסטרייך," 

דער נייסטער אוֹן רייכסטער קאַפע איז נעווען ,װאַרשאַװאַ" 
--- א נאָמען, וועלכער איז פאַר פּוילישע הערצער פון גאַליציען 
דאַן געווען אַזױ טייער, וי ירושלים ביי די ציוניסטען. דאָרטען 
פלענט זיך אין אַוװוענט צוזאַמענקומען דער רייכסטער און עלע- 
גאַנטסטער עולם, אידען אַזױ גוט װי קריסטען. אָבער קריסטען 
מעהר. דער בעל-הבית אַליין אין נגעווען אַ איד. ווען איך בין 
דאָרטען געווען, האָט געשפּילט א ציניינער-אָרקעסטער פון רומע- 
ניען. דער דיריגענט -- אַ ציגיינער מיט גרויסע שװאַרצע אויגען, 
וועלכער האָט אַליין געשפּילט פידעל --- האָט בוכשטעבליך גע- 
פּלאַקערט. ער האָט געאַרבײיט מיט אַלע כחות און מיט אַלע 
גלידער. דעם נאַנצען אַווענט האָט זיין קאַפּעליע נעפלאמט מיט 
ציניינער-ננונים, װאָלאַכישע און אוננארישע ננונים, מייסטענס 
אומעטינע. דעם דירינענט'ס שװאַרצע גרויסע אוינען האָבען ניט 
אויפגעהערט צו שפּריצען מיט פייערדינען טראַניזם, און דער 
עולם האָט איהם אַפּלאָדירט מיט'ן נאַנצען האַרצען. און וען 
די אינסטרומענטען זיינען אַנטשװינען געװאָרען אויף א ויילע, 
האָט ער אַרומגעפּאַדעט, געזובט נאָטען, נעבלעטערט נאָטען, גע- 
טענה'ט מיט אימיצען. ער האָט אַבסאָלוט ניט נערוהט. 

איין מאָל, ווען איך האָב דאָרטען פאַרבראַכט אַ טייל פון 
דעם אַװענט, איז ביי אַ טיש ניט וייט פון מיר געזעסען א נע- 
מישטע קאָמפּאַניע פון קריסטען מיט אידען -- צוויי קריסטען 
און פינף אידען. עס איז ניט געװוען אַנגענעם צו זעהן װי די 
פינף באַנעמען זיך צו די צוויי. זיי האָבען ניט אויפנעהערט צו 
שמייכלען צו זיי און אָפּט אַרױסגעשאָסען מיט א דונער פון 


150 בלעטער פון מיין לעבען 


חניפה'שען געלעכטער איבער עפּעס אַ שפּאס, װאָס איינער פון 
יענע האָט געזאַנט. איבערינענס קען מען דאָס נאָר זאָגען וענען 
פיר פון די פינף אידען,. דער פינפטער האָט מעהר געקוקט אויף 
זיין אייגענער ווייב, װוי אויף די פּאָליאַקען, ער אַליין איז געווען אַ 
דאַרער און ניט קיין שעהנער, און זיין פרוי איז געווען זעהר אַ 
שעהנע, מיט קאַלטע און דאָך זעהר לעבעדינע און אינטערעסאנטע 
אוינען, אין וועלכע ער האָט אַלע וויילע געקוקט. מיט אַ בענקענ- 
דיגען בליק האָט ער געקוקט. עס איז געוען לייכט צו זעהן, אַז 
דאָס איז אַ מאַן, װאָס איז פאַרליבט אין זיין ווייב און דורשט 
נאָך אַ טראָפּען אויפמערקזאמקייט פון איהר. 

זיין ווייב, די שענסטע אין דער קאָמפּאַניע, האָט פאַרנעסען, 
אַז ער איזן דאָ אויף דער ועלט. איהרע שעהנע אוױינען האָבען 
זיך אונטערטענינ געלאַסטשעט צו די קריסטען. 

א + א 

דער , מאַגיסטראַט" פון שטאָדט (דער סיטי האָל) איז אַ 
גרויסע, אַלטע, ניט-אינטערעסאַנטע געביידע. אויפ'ן סקוער, 
װאָס נעפינט זיך ארום איהר, קומט יעדען פּריהמאָרנען פאָר אַ 
מאַרק --- דער הויפּט-מאַרק פון לעמבערג. אַהער קומען זיך דאַן 
צונויף פּויערים און פּויערטעס פון ארום לעמבערג מיט די פּראָ- 
דוקטען פון זייערע פעלדער, סעדער, נערטנער. די דאָרפס-פרויען 
זיינען געקומען באָרװעס, און אַזױ זיינען זיי נעזעסען אויף דער 
ערד, יעדע ביי איהר סחורה, אַזױ זוי די פּויערטעס אין ליטא. 
עס האָבען זיך צוזאַמענגעקליבען מאַסען לעמבערנער בעליהבית- 
טעס. עס איז געווען אַ געפּילדער, 

די פּוערים מיט די פּױערטעס זיינען מייסטענס געװען ‏ 
רוטענער (אוקראַינער) עס זיינען אָבער צווישען זיי געװען 
איינינע פּוילישע אויך, לעבען דעם מאַניסטראט און דעם מאַרק 
געפינט זיך אַ נעסעל, וועלכע הייסט ,רוסקאַ אוליצאַ" (רוסישע 
נאָס). דאָרטען האָט זיך נעצוינען א צייל בוך-קראַמען מיט 
רוטענישע און רוסישע ביכער, און עס זיינען געווען אויסגעהאַנגען 
שילדען פון רוטענישע צייטוננען. די רוטענישע באפעלקערונג 
פון ל?עמבערנ איז צוזעעט איבער'ן נאַנצען שטאָדט, און דאָ אין 
געווען דער צענטער פון זייער גייסטיגען לעבען. 


צוידער אין אווראָפאַ 141 


אין. נאַליציען איז דאַן געווען פּונקט אַזוי פיל רוטענער וי 
פּאליאקען; אין די דערפער צוֹ מזרח-צו פון קראַקאו זיינען די 
רוטענער א גרויסע מאַיאָריטעט, נאָר אין די שטעדט איז די 
פּוילישע באפעלקערונג שטאַרקער. די פּאָליאקען האָבען מעהר 
אינטעליגענטע מענשען און זיינען שוין נעווען געוואוינט צו זיין 
די הערשער פון נאַליציען, וי אין די אמאָלינע צייטען, ווען פּוילען 
איז געווען אַ ‏ שטארקע, זעלבסטשטענדינע מלוכה, 

די רוטענער האָבען אָבער שוין דאַן געהאָט א לעבעדינע 
נאַציאָנאַלע באווענוננ, און צווישען זיי און די פּאליאקען איז 
אָנגעגאננען א קאַמף. דעריבער זיינען די שילדען אויף די קראָ- 
מען, װאָקזאַלען און עפענטליכע אַנשטאלטען אין לעמבערג שוין 
דאן געווען אויף צויי שפּראכען: אױף פּוױליש און אויף 
רוטעניש מיט רוסישע בוכשטאבען. די רוטענער האָבען זיך 
שוין דאַן געהאט אויסנעקעמפט א רוטענישע גימנאַזיע אין 
לעמבערג און אין נאָך אַ שטאָדט, און אין 1912 האָבען זיי 
אָנגעפיהרט אַ קאַמף פאַר אַ רוטענישען אוניװערזיטעט. אין 
דעם לעמבערנער אוניווערזיטעט איזן נעווען אַ חיבשע צאָהפ 
רוטענישע סטודענטען, און זיי האָבען מיט די פּוילישע סטו- 
דענטען נגעהאט אָפטע געשלעגען. 

יענע טעג אין אין לעמבערג געווען א סטרייק פון אידישע 
פּאַפּיראָסען-מאַכערינס,. האָבען זיי ארויסנעוויזען דעם זעלבען 
מוט און אָפּפערװילינקייט, וי אונזערע סטרייקערינס אין אַמע- 
ריקא, 

517 


דער טראמוויי װאָס געהט צום װאָקזאַל. -- אַן עראינערונג. 


אין דעם ערשטען באנד פון דיזע , בלעטער" (פּעידוש 49 
און 80) איז דערצעהלט געװאָרען, וי איך האָב באזוכט לעמ- 
בערג אין 1882, ווען איך האָב געמאַכט מיין ערשטע רייזע קיין 
אַמעריקא, דאָרטען ווערט בקיצור איבערנענעבען, װי איך האָב 
זיך אַראָפּנעכאַפּט פון װאָקזאַל צו דעם מיטעל-פּונקט פון שטאָדט. 
וועגען אונזער פאָהרען צוריק צום װאָקואַל שטעהט דאָרטען 
דאָס פאָלנענדע : 


159 בלעטער פון מיון לעבען 


צוריק צו אונזער צונ זיינען מיר נגעפאָהרען אויפ'ן פערד- 
באַהן, און עד חיום קלינגט אין מיינע אויערען די פייפעל, מיט 
וועלכער דער קאָנדוקטאָר האָט געגעבען זיינע סיגנאלען; און 
עד היום זעה איך די בלישטשענדע מעשענע הענטעל פון דעם 
שרויף, מיט וועלכען דער פוהרמאַן האָט קאָנטראָלירט די פערד, 
דער טראמוויי איזן געווען אַ שפּאָנעל-נייער". 

אין 1919, ווען איך בין ווידער געווען אין לעמבערג, האָט 
יענע פייפע? ניט אויפנעהערט צו הילכען אין דעם געהער 
פון מיין זכרון,. פון דער ערשטער מינוט, ווען איך בין אָנגע- 
קומען, האָב איך זיך נעקליבען צו מאַכען דיזעלבע רייזע וי דאַן, 
מיט 20 יאֶהר פריהער, פון מיטען שטאָדט צום װאָקזאַל. מיר 
האָט זיך גענלוסט צו פאַרנלייכען די איצטינע ערפאַהרונג מיט 
דער יעמאָלדינער. אין א געויסען נאָכמיטאָג האָב איך די 
דאָזיגע קורצע רייזע נעמאכט, 

אָנשטאָט אַ פערד-באהן, האָב איך איצט געפונען אַן עלעק- 
טרישען,. דעם קאָנדוקטאָר'ס פייפעל האָט אָבער געהאָט דעם 
זעלבען קלאננ וי דאן, מיט דרייסינ יאֶהר פריהער, און די 
מעשענע הענטעל, מיט ועלכע דער , טרייבער" האָט איצט 
קאָנטראָלירט דעם מאָטאָר, האָט נגעבלישטשעט פּונקט װי יענע 
שפּאַנעל-נייע הענטעל פון דעם פערדװאַנאָן איך בין געװען 
זיכער אין דעם, און די עהנליכקייט האָט מיר אַן אמת'ען תענונ 
פאַרשאַפט. 

דער פלאץ, וואו די טראמווייען שטעלען זיך אִפּ לעבען דעם 
װאָקזאַל, און אַ טייל פון דעם ארומינען נענענד האָב איך אויך 
דערקענט, 

18 


א מאַס-מיטינג אין לעמבערג, 


דער באַקאַנטער סאַציאליסט דר. קיסמאן איז דאַן געווען אַ 
סטודענט אין לעמבערנ. צו דערזעלבער צייט האָט ער רעדאקטירט 
די אידישע סאַציאַליסטישע װאָכענבלאַט ,דער סאַציאַלידעמאָ- 
קראט", די באַענונג איז דאָרטען געווען יונג און קליין, און די 
מיטלען זיינען געווען זעהר באשרענקטע. די רעדאקציע און די 


װוידער אין אווראָפאַ 158 


פּריוואַט-קװאַרטיר פון דעם רעדאַקטאָר זיינען געווען אין איין 
צימער, 

די צייטונג איזן ארויסגעגעבען נעווארען פון דער אידישער 
סאַציאליסטישער אַרנאַניזאציע פון לעמבערג, און זי האָט אראנ- 
זשירט א פאַרזאַמלונג. דאָס פאָלנענדע אין די אַנאָנסע וועגען 
דעם, וי זי איז אָפּנעדרוקט נגעװאָרען אין דעם נומער 28, סאָציאַל- 
דעמאָקראט", דעם 12טען יולי, 1912 : 

,פאָרטראנ --- אב, קאַהאַן. 

,שבת, דעם 19טען יולי, 8 אזיינער אין אבענד, װעט גענ. 
אַב. קאַהאַן, רעדאקטאָר פון ניו יארקער , פאָרווערטס", האלטען 
א פאָרטראנ. 

,אין זא? יד חרוצים בערנשטיינא 11. 

,וי אַזױ לעבט זיך דער יוד אין אמעריקא ? 

איינטריט : זיץדפּלאַץ 1 גראַצער --- שטעהפּלאַץ 1 העלער. 

,די לעמבערנער ארבייטער האָבען איצט א געלענענהייט צו 
הערען איינעם פון די וויכטיגסטע רעפּרעזענטאַנטען פון דער יודי- 
שער ארבייטער באַווענוננ איבער אַ העכסט אינטערעסאַנטע טעמע. 

,דעריבער זיינען מיר איבערצייגט, אז קיין איינצינער באַ- 
וואוסטער ארבייטער װועט ביי דעם פאָרטראנג ניט פעהלען'" 

דער איינטריט פּרייז האָט אויף מיר נעמאַכט א שװערען 
איינדרוק, איין גראַצער,--אַ דריטע? פון 8 סענט.---פאַר אַ פּלאַץ 
צו זיצען און אַ האַלבער גראַצער פאַר אַ פּלאַץ צו שטעהן., אַזאַ 
דלות איז דעם אַמעריקאַנער אַרבייטער זיך שווער פאָרצושטעלטן. 

די עקזעקוטיוו קאָמיטע פון דער אידישער סאַציאליסטישער 
אָרנאַניזאציע האָט אַלס איהר פאָרזיצענדען געהאָט אַ גוט- 
באקאנטען גענאָסע מיט'ן נאָמען נוסברעכער, ער האָט אלא 
באדארפט זיין דער פאָרזיצענדער פון דעם מיטיננג. אין דעם 
אַװענט פון דער פארזאמלונג האָט מען זיך אָבער דערמאָנט, 
אַז ער קען ניט ריידען אידיש גענונ אויף צו פיהרען אזא פאַר- 
זאַמלונג, איז אויף זיין פּלאַץ באַשטימט געװאָרען גענאָסע קיסמאַן. 

,יד חרוצים" איז דאַן געווען דער גרעסטער זאַל, װאָס 
די אידישע ארבייטער פון לעמבערנ פלענען געברויכען פאר 
זייערע פאַרזאַמלונגען. עס איז זיך צוזאַמענגעקומען אַ גרויסער עולם. 


154 בלעטער פון מיין לעבען 


אין דעם נעססטען נומער ,סאַציאל-דעמאָקראט" אין ער- 
שינען א צימליך אויספירליכער באריכט וועגען דעם פארטראג, 
אין וועלכען איך האָב געשילדערט דאָס לעבען פוֹן די אידען 
אין אמעריקא, דעם צושטאַנד פון אונזער ארבייטער באװע- 
גונג און אונזער סאַציאליסטישע באווענונג. איך האָב אויך 
דערצעהלט, װי די ערשטע עמיגראנטען זיינען דורכגעפאהרען 
דורך גאליציען אויף זייער וועג קיין אמעריקא, וי מיר זיינען 
געשטאַנען אין בראָד עטליכע וואכען, וי נאָכהער האָטם אונ- 
זער עמינראנטען צונ זיך אָפּנעשטעלט אַ טאָג אין לעמבערג 
און אַ קורצע צייט אין קראַקאו. איך האָב אויך דערצעהלט 
וועגען דער גרעסערער גנרופּע עם עולם מיט ניקאָלאַי אַלעיניקאָוו'ן 
אַן דער שפּיצע; װי זיי זיינען דורכגעפאָהרען דורך לעמבערג 
און קראַקאו מיט אַ ספר-תורה אַלס אַ פֹאָהן. אַלעיניקאָו און 
זיין פּאַרטיע זיינען אין לעמבערג געשטאַנען איבער א ואָך, די 
אינטעלינענטען פון שטאָדט האָבען זיי ארויסגעוויזען א ווארעמע 
גאַסטפרײנדליכקייט. דאָס אַלץ האָב איך נעשילדערט אין מיין 
רעדע, און איך האָב אויך פאָרגעשטעלט, וי מיר זיינען ארונ- 
טערגעפאהרען פון דעם לעמבערגער וואקזאל אין שטאָדט. ‏ 

דער באריכט ענדינט זיך מיט די פאלנענדע שורות : 

,מיט אַן אפיל צו די פארזאמעלטע, אז אויב זיי וועלען 
אמאָל קומען קיין אמעריקא, און אין זיי שלאָגט אַ סאַציאליסטיש 
הארץ, זאלען זיי זיך דארט, אויף יענער זייט ים, שטעלען אין די 
רייהען פון קעמפענדען פּראָלעטאַריאט, --- ענדיגט דער רעדנער 
אונטער שטורמישע אַפּלאָדיסמענטען פון די פארזאמעלטע. / 


,בכל? איז דער רעפעראט נעפיהרט געווארען אויף אן עכט- 
אַמעריקאנעם אופן, באַלד אַלס געשפּרעך מיט די פאַרזאַמעלטע, 
כמעט אין אַ טאָן פון קאָנװערסאַציע, באַלד מיט שילדערונג פון 
דער נויט אין דעם אידישען ארבייטער קלאס, אין אַ ליידענשאַפט- 
ליכען טאָן פון הויכער רעטאָריק. דער רעפעראט אין זעהר 
אָפּט איבערגעריסען געווארען פון בייפאל-שטורמען דורך די פאר- 
זאמעלטע, וועלכע האָבען די גאנצע צייט מיט אויפמערקואם- 
קייט זיך אייננעהערט און זיינען ביי די ליידענשאפטליכע שטע- 
לען וי עלעקטריזירט געווארען, 


ווידער אין אייראָפּאַ 126 


,גענאָסע קיסמאן, דער פאָרזיצענדער, דאַנקט דעם גענאָסע 
קאַהאַן, אין נאָמען פון לעמבערגער אידישע ארבייטער, פאר 
זיין אינטערעסאַנטען אויספירליכען באריכט און שליסט דערמיט 
דעם אַווענט. 

,נאָך דעם פאַרטראג אין פאָרגעקומען א קאמערס (צוזא- 
מענקונפט), ביי וועלכער א גרעסערע גרופּע גענאָסען זיינען 
שפּעט צוזאמעננעזעסען מיט אונזער גאסט". 

דער צוזאַמענקונפט אין פאָרגעקומען אין א באקאנטען לעמ- 
בערנער רעסטאָראן. יושר האָט אין א קאָרעספּאָנדענץ וועגען 
דעם אין ,פּאָרוװוערטס" דעם ערשטען אונוסט געשריבען : 

,באזונדערס איינדרוקספול איז געווען דער מאָמענט פון 
זעגענען זיך. די קאמפּאַניע האָט אַרומגערינגעלט דעם גאסט 
און איהם , באַזונגען" מיט רעװאָלוציאָנערע לידער", 

און ווייטער, דעם 7טען אונוסט, שרייבט יושר: 

,דער פאַרטראַג פון גענאָסע אב. קאַהאַן אין לעמבערג האָט 
געמאכט אַזאַ איינדרוק, אז פון אַלע שטעדט אין גאַליציען זיי- 
נען אָנגעקומען איינלאַדונגען, ער זאָל קומען האַלטען אַ פאָר- 
טראַנ. איבערא? האָט מען זיך געגרייט גענאָסע קאַהאַן'ען צו 
נעבען א קבלת פּנים, אלס דעם לעהרער און באַגייסטערער פון 
די אידישע ארבייטער זייט דרייסיג יאהר. אין די רייהען פון 
די אידישע ארבייטער אין נאַליציען האָט זיך געפיהלט א יום 
טוב צוליב די ערווארטונגען צו זעהן און הערען דעם גאסט, 
וועלכער האָט געמאכט אַזאַ איינדרוק אין לעמבערג. ליידער 
אָבער איז איהם ניט איבערגעבליבען קיין צייט די איינלאדוננען 
אָנצונעמען?, 

די אכם אָדער ניין טעג, וואס איך האָב פארבראכט אין 
לעמבערנ, האָב איך זיך פילע שטונדען געפונען אין דער געזע?- 
שאַפּט פון די דאָרטיגע גענאָסען. איך האָב אַ סך צייט פאר- 
בראַכט אין אַרומשפּאַצירען אַליין. אָבער די מייסטע אָווענטען און 
נאָכמיטאגען האָב איך געהאַט זייער גאַסטפריינדליכע באַנלֿו- 
טוננ. זיי האָבען אויף מיר איבערנעלאָזען דעם זעלבען סאָרט 
אנגענעמען איינדרוק, װי דער, וואס איך האָב באסומען פון דער 
אידישער סאַציאַליסטישער נרופּע אין קראקאו, 


פערטער קאַפּיטע? 
ווידער אין אייראפא 
(צווייטע פּאָרטזעצונג) 
1 


חורבות, ניטאָ די הויכע קאַפּעלישען. -- אידישע 
גימנאַזיסטען. 


די גאַנצע צייט, וואס איך בין געווען אין לעמבערג, האָט 
פון מיר ניט אפּנעטראטען דער געדאנק, אן איך געפין זיך נים 
ווייט פון בראָד, די נאַליצישע שטאָדט ביי דעם רוסישען גרענעץ, 
וואו איך האָב פארבראַכט דריי װאָכען אין יאֶהר 1882, װען 
איך בין צום ערשטען מאָל געפאָהרען קיין אמעריקא ; די אלטע 
אירישע שטאָדט, וועלכע האָט געדינט אלס דער זאמלונגס-פּונקט 
פאר דעם אֶנהוֹיב פון דער גרויסער אידישער עמיגראציע קיין 
אמעריקא. 

אין דעם צווייטען באַנד פון דיזע בלעטער (פון פּיידזש 29 
ביז 49) ווערט ווענען דיזע דריי װאָכען דערצעהלט אויספיהרליך. 
אין מיין פּערזענליכער געשיכטע געהערען זיי צו יענע קאַפּיטלעך 
אין א מענשענ'ס לעבען, וועלכע ער קען קיינמאָל ניט פאַרגעסען. 

ווילנע, וואו איך האָב זיך געהאָדעװעט, מיין אַלטע היים 
ווילנע, האָט מיך קיינמאָל ניט אויפגעהערט צו ציהען צו זיך. 
אין 1905 האָב איך נעהאַט אַ געלענענהייט צו פאָהרען אַהין, 
אָבער וי עס איז שוין דערצעהלט געװאָרען (זעה פערטען באַני) 
האָבען זיך אַריינגעמישט אונגינסטינע אומשטענדען, און די געלע- 
גענהייט איז פאַרשוואונדען,. איז פאַר מיר וידער געװאָרען 
אונמענליך צוֹ באזוכען מיין אלטע היים, 

און איצט, געפינענדינ זיך ניט ווייט פוֹן בראָד, האָב איך 


156 


ווידער און אייראָמאַ 157 


געבענקט נאָך דער שטאָדט, וואו איך האָב פאַרבראכט יענע 
אונפאַרגעסליכע דריי װאָכען. מיט אַ מאָדנער בענקעניש, אַזױי 
וי דאָס האַרץ װאָלט אין מיר געשריהען: אויב ניט ווילנע, טא 
זאָל כאָטש זיין בראָד { .., 

דעם 8טען יוני, 1912, האָב איך זיך געזעצט אויף אַ צונ, 
װאָס איז געגאנגען פון לעמבערג קיין בראָד,. ער אין געגאנגען 
זעהר קאַננזאַם, און דאָך האָט די רייזע געדויערט ניט מעהר 
וי א פּאַר שטונדען, ווערענד אין יאהר 1882, ווען איך בין אי- 
בער דעם זעלבען װועג געפאהרען אין א פאַרקערטער ריכטוננ, 
אויף אונזער עמיגראנטען-צונ, האָבען מיר זיך געשלעפּט כמעט אַ 
גאנצע נאכט. דיזען מאָל בין איך געפאָהרען בײיטאָג. אין דרוי- 
סען איז געווען ווארעם און שעהן. זאננען האָבען זיך געכווא- 
ליעט. רוטענישע פּויערים האָבען געאַרבײיט אין די פעלדער. 
באָרוװועסע מענער, פרויען, קינדער. די בילדער זיינען מיר געווען 
באקאנט פון מיינע קינדער יאהרען, די פּוערים אזוי גוט וי די 
פעלדער. װאָרים די פּויערים זיינען דאָ דיזעלבע, וי אין דרום רוס- 
לאנד, און זיי זיינען עהנליך צו פּאַליאקען, און די נאַטור סצע- 
נעס זיינען דיזעלבע, וי אין דער גענענד, וואו איך בין גע- 
באָרען געווארען. 


דער צונ האָט דערגרייכט די סטאַנציע, וועלכע איז געווען 
דער ציל פון מיין קורצער רייזע, 


בראָד. פּונקט מיט דרייסינ יאָהר צוריק בין איך אַהער 
געקומען פון רוסלאַנד, אַ יונגערמאַן פון קנאַפּע 22 יאָהר, איצט בין 
איך געווען אַ 2פ-יעהריגער, מיט 0 יאֶהר אמעריקא הינטער זיך, 

מיינע אַיינדדוקען ווענען דעם האָב איך מיט אַ יאָהר שפּע- 
טער, אין 1915, איבערגענעבען אין , פאָרווערטס",*) 


*) אין א סעריע פון עלף אַרטיקלען אונטער דעם נאָמען , מיינע 
צוויו רייזעס קיין בראָד, אוינע פאר 81 יאהרען, די צוייטע פאׂר-א- 
יאהרען". זיי האָבען זיך אָנגעפאנגען דעם 924טען יונו און געענדיגם 
דעם 4טען יולו. די ערשטע רווזע פאַרנעמט גיין ארטיקלען; די 
צווייטע -- צוויו. דאָ װעל איך ויך באַנוצען מיט די לעצטע צװווּ 
ביי מיר לוגען אָבער נאָטיצען, וועלכע זיונען אין די ארטיקלען נים 
אַריונגעגאַנגען, און זיו וועלען מור אויך בעחולפוג זוון. 


188 בלעטער פון מיין לעבען 


,וי אזוי' פיהלט מען זיך, ווען מען באַזוכט א פּלאַץ, וואו 
מען איז ניט געווען דרייסיג יאֶהר ? --- פאנג איך אֶן די איינ- 
לייטונג צו יענע ערינערוננען. -- איך האָב אין בראָד ניט קיין 
איינצינען באקאנטען,. די שטאָדט איז מיר ווילד-פרעמד. איך 
האָב דאָרטען אַמאָל פאַרבראַכט דריי װאָכען. דאָס איז אַלץ, און 
דאָך האָט מיר איצט געקלאפּט דאָס הארץ. אמת, יענע דריי 
װאָכען זיינען צווישען די בולט'סטע אין מיין לעבען. אמת, 
דאָ איז באַשלאָכען געווארען מיין שיקזאל. ווען איך באַטראכט 
אָבער מיין שטימונג, בשעת איך בין איצט ווידער אריינגעקומען 
אין בראָד, זעה איך, אן די בענקעניש, וואס איך האָב גע- 
פיהלט נאָך איחר, זייענדינ אין לעמבערג, אין ניט געװען די 
הױפּט זאך. ניט דעריבער האָט אַזױ געקלאפּט דאָס הארץ. 

דרייסיג יאָהר האָב איך אין מיין זכרון געטראָגען אַ בילד פון 
דער שטאָדט. איצט בין איך מיט דיזען געדאנקען-בילד צונע- 
קומען צו דער דאָזינער שטאָדט. וי ווייט װועט דאָס בילד שטו- 
מען מיט דער בראָד, װאָס איך װועל איצט נעפינען? װעל איך 
איהר דערקענען? א שארפע ניינערינקייט, אַן אונרוהיגקייט, וי 
אַ מין װעהטאָג, האָט מיך באַהערשט. דאָס איז איינס. 

דאָס צווייטע איז נגעווען אַ שטימוננ, װאָס האָט ניט אויפנע- 
הערט צו שעפּטשען: , שוין דרייסיג יֹאֶהר ! דרייסיג יֹאֶהר ! 
דאָ ביסטו געווען א יונגינקער, א בחור פון וויינינער װוי 22 יאהר. 
איצט באַזוכסטו בראָד ווידער... יא, וידער! אָבער אלס אַ 
מאַן פון צוויי-און-פופצין !" 

ווען איך האָב עמיגרירט קיין אמעריקא, האָט זיך מיר א 
2פדיעהרינער פאָרגעשטעלט, אלס אן אַלטער מאַן; און דרייסיג 
יאהר זיינען מיר פאָרגעקומען, װי אן אייבינקייט. אט בין איך 
דאָס דער אַלטער מאן! די ,אייבינקייט" איזן שוין אװעק! 

עס נלויבט זיך ניט. און דאָך פיה? איך ניט קיין איבעראַ- 
שוננ. איך בין דער זעלבער , איך". 82 יאהר איז נאָרניט אזא 
איינדרוקספולע זאַך, װוי איך פלענ אמאָל מיינען, און די דרייסיג 
יאהר --- דאָס איז ווירקליך א סך. דאָס מאכט אַן אונגעהויערען 
אַיינדרוק אויף מיר. יאָ, עס גלויבט זיך ניט. 

ווען איך בין ארויס פון דעם צוג און אריינגעקומען אין 


ווידער אין אייראָפּאַ 150 


דעם בראָדער װאַקזאַל, האָב איך צו זיך געזאָנט: דער מיטעפ- 
פּונקט פון שטאָדט איז דער קראָמען-מארק, ער אין א פיר-קאנטי- 
גער, און ער האָט ציילען מיט טויערלעך, אַזױ װי פענסטער מיט 
אַרקען (אויסגעבויגענע האַלב-קיילעכדיגע סופיטען). מיר ועלען 
זעהן, צי איך וװועל איהם דערקענען. א צוייטע זאך אין די 
חורבוֹת... די פילע צופאַלענע אָדער אינגאנצען פארניכטעטע היי- 
זער, פארברענט אין אַ שרפה. די ליידינע פּלעצער.. און װאָס 
אנבאטרעפט די אידען, האָב איך פאר'ן אויג פון מיין זכרון 
געהאַט די הויכע קאַפּעליושען, וואס כמעט יעדער פון זיי האָט 
געטראנען אין 1882. א באָרוועסער איננעל, וואס פארקויפט 
בייגעל אויפ'ן גאס, טראָגט אַ קאַפּעליוש! א וואסער-טרענער 
מיט אַ קאָראָמיסל מיט װאַפער אויף די פּלײיצעס אוֹן מיט אַ הויכען 
קאַפּעליוש אוים'ן קֹאֶם |... 

מיין אויפמערקזאמקייט איז צונעצוינען געווארען צו א 
בודקע אין רעכטען מיטען פון דעם נרויסען וואקזאל?. אין דער 
בודקע איז ביי א פענסטערל נעזעסען א איד מיט אַ באָרד און 
קאננע פּאות'ן און אין א יארמולקע... דאָס איז געווען אַ חלםן, 
אַ ‏ געלד-בייטער. א שרעקליכע אָרעמקייט האָט זיך גלייך נע- 
פֿיהלט., 


איך האָב אויפ'ן װאָקזאַל איבערנעלאָזען מיין באַנאַזש און 
זיך געלאָזט געהן צום שטאָדט. איך בין אומישנע געגאנגען 
צופוס, כדי צו זעהן, וי ווייט איך על די שטאָדט דערקענען. 


עס זיינען מיך באַפאַלען אָפּגעריסענע בעלי-עגלות און פאַק- 
טאָרס פון האָטעלען, אכסניות. איך האָב זיך קוים פון זיי באַ- 
פריים. איך בין פארביינענאנגען פארביי אַ מאַרק פון גרינסען, 
פרוכט, עופות. איך האָב נעזעהן דעם האלב-גראשענעם מסחר, 
די קלענליכע פּרנסה, איבער וועלכער אידען קאָכען זיך, בעטען 
זיך, רייסען זיך ארום, 


מיר איז אנטקעגען נעקומען אַ יוננער איד מיט פּאות'ן ביז 
איבער'ן קאָלנער און מיט צוויי הינער אונטער די אָרעמס. אזוי 
וי איך האָב איהם באקוקט, האָט ער זיך א כאפּ געטאָן מיר זאַ- 
גען דעם פּרייז פון זיינע הינער ; און ווען איך האָב איהם ער- 


100 בלעטער פון מיין לעבען 


קלערט, אז איך דארף ניט קיין הינער, האָט ער מיך באקוסט מיט 
אן אומעטינען, פאר'חלומ'טען בליק, 

נאָך א צעהן מינוט גאנג האָב איך דערנרייכט דעם הוױיפּט 
מארק, דאָס הייסט, די קראָמען און קרעמלעך, וועלכע זיינען דער 
האנדעל-צענטער פון בראָד, 

די טויערלעך מיט די נעבויגענע סופיטען, דער פיר-קאנטי" 
גער שטח מיט געשעפטען אויף יעדער זייט; דער אלנעמיינער 
איינדרוק פון שרעקליכער ארימקייט, פארצייטינקייט, ברודנעקייט. 
איך האָב דעם פּלאַץ גלייך דערקענט. 

יא, דערקענט! אָבער עפּעס האָט מיין האַרץ קיין שפּרונג 
ניט נעטאָן,. עפּעס בין איך גלייכגילטיג געבליבען. און דאָס 
האָט מיך פארדראָסען : א נעפיה? װוי פון א באַריהמטע טעאַטער- 
שטיק, וועלכע איהר קלייבט זיך מאָנאַטען לאנג צו זעהן און וועל- 
כע, ווען איהר זעהט איהר ענדליך, ענטוישט אייך.. 

עס איז יא יענער מארק און עס אין ניט יענער מארק.. 

אַלץ איז, דאַכט זיך, דאָס זעלבע; און דאָך איז דער אַל- 
געמיינער אנבליק ניט דער, וואס איך האָב אימער געהאט אין 
מיין זכרון,. איז ער אין די דרייסינ יאהר אָפּנעבליאַקעװעט נע- 
ווארען ? נאָך אַלעמען האָב איך דאָך דאָ פארבראכט ניט מעהר 
וי דריי װאָכען. דריי װואָכען אין א שטראָם פון דרייסיג יֹאָהר... 
װואָלט מיין אויפרעגונג געווען גרעפער, ווען דאָס בילד װאָלט אב- 
סאָלוט נעשטימט ? אדער אפשר איז מיין נעשטאַלט פון יענער 
בראָד א ריכטינע, נאָר די דרייסיג יאָהר האָבען אין איהר ענ- 
דערוננען געמאכט ? 

אין א פֹּאֶר שטונדען ארום, ווען איך בין צו דער שטאָדט 
מעהר צוגעוואוינט געווארען, האָב איך איהר בעסער דערקענט. 
אָבער אזוי וי דאָס איז מיר אָנגעקומען לאַננזאַם, ניט מיט אַמאָל, 
איז מיין באַנייסטערונג צוברעקעלט געווארען. | | 

די חורבות האָב איך ניט נעפונען. איבערהויפּט איז בראָך 
שוין ניט נגעווען אזוי אָפּנעלאָזען, װי פאר דרייסינ יאהרען, הגם 
ארימקייט האָט ניט נעפעהלט. די שטאָדט אין נאָך אַלץ געווען 
איינע פון די קבצנ'ישסטע, אָבער דאָך האָט זיך נעפיהלט אביסעל 
מעהר קולטור, און מעהר אינדוסטריע, טעטיגקייט. עס זיינען 


ווידער און אווראָפּאַ 161 


געווען איינינע נישקשה'דיגע הייזער, א חיבשער אפּטײיק, גארניט 
קיין שלעכטער האָטעל, א פיינע גרויסע גימנאַזיע-געביידע און 
נאָך א פּאַר נעטע קהל'שע מויערען. אין רעכטען מיטען שטאָרט 
האָט זיך געהאלטען אין בויען א היבשע פּאָסט, 

קיין הויכע קאפּעליושען האָב איך ניט געפונען. זיי זיינען 
שוין לאנג ארויסגעגאנגען פון דער מאָדע. אידען האָבען דאָס 
רוב געטראגען ווייכע, נידריגע פּלושענע היטלען, אזוי וי מען 
טראָגט אומעטום אין אסט-גאליציען, 

בלויז עטליכע אידען אין גאַנץ בראָד, אלטע לייט, האָבען 
געטראגען הויכע קאפּעליושען, וי זיי זיינען געוואוינט געוען 
אין די אלטע צייטען. מיט איין אידען אזעלכען האָב איך זיך 
צורעדט. 

אן אָרעמער שניידער איז דאָס געווען, און ער האָט שוין 
קיין כוח נים געהאַט צו ארבייטען. קיין אנדער צודעק אוים'ן 
קאָפּ, װי א הויכען קאַפּעליוש, האָט ער קיינמאָל ניט געהאט. 
סיידען אַ יארמולקע. 

ער האָט גוט געדענקט די פאר-דרייסיג-יאהריגע צייטען, די 
פַּאָר יאֶהר, ווען בראָד איז געווען פוֹל מיט רוסישע עמיגראנטען, 
און ער האָט מיר אָנגעוויזען אויף דעם פּלאַץ, וואו דער עמינראנ- 
טען קאָמיטעט האָט דאן געהאַט זיין קאנטאָר, איך האָב די הויז 
דערקענט, און איך האָב זיך דערמאָנט, וי דארטען האָב איך גע- 
זעהן דעם באריהמטען אידיש-עסטרייכישען שרייבער קאר? עמופ 
פראַנצאָז, וועלכער האָם זיך אינטערעסירט מיט עמינראציע און 
אין ספּעציעל געקומען נאַך בראָד פון וויען אנטיי? צו נעמען 
אין דער ארבייט פון דעם קאָמיטעט. פאר עטליכע פון אונ- 
זערע אינטעליגענטע עמיגראנטען האָט ער דאָ א רעדע געהאלטען, 
און איצט, בשעת איך האָב געקוקט אויף דער הויז, האָב איך 
איהם געזעהן אַזױ װי אַ לעבעדיגען (זעה 2טען באנד, פּיידוש 
2). 

איינע פון די זאכען, וועלכע זיינען אין בראָד פאר דרייסינ 
יאָהר נים געװוען, און איצט האָב איך זיי דאָרטען געפונען, 
זיינען געווען רוסישע שילדען (סאינס) אויף די קראָמען. דאָס 
הייסט, אייגענטליך, רוטענישע, וװואָרים די רוטענער שרייבען מיט 


168 בלעטער פון מיין לעבען 


דעם רוסישען אלף-בית. אין די דרייסיג יאהר אין צװישען 
זייערע מאסען פארשפּרייט געווארען אביסעל בילדונג. דער עיקר 
איז אָבער באַשטאַנען אין דעם, וואס ביי זיי איז אויסגעוואקסען 
א נאַציאָנאלער באוואוסטזיין,. אום, אלזאָ, צופרידענצושטעלען 
דיזען נעפיה? אין זיי, האָבען די קרעמער זייערע שילדען גע- 
האט ניט נאָר אויף פּוליש, נאָר אויף רוטעניש אױך. 


נאָך א נייעס: אידישע גימנאזיסטען, אינגלעך אין שעהנע 
פּוילישע גימנאַזיע-קאָסטימען, וועלכע זיינען געווען עהנליך צו 
די יוניפאָרמס פון עסטרייכישע אָפיצירען. איך האָב באַגענענם 
אַ היכבשע צאָל אזעלכע אויף די גאַסען. 


2 


איך זוך מיין פאַר-דרייסיג-יאהריגע קװארטיר. --- גאָלד- 

גאס. --- א פּלאַנטער. --- מיין אַמאָליגע באלעבאַסטע אַבער 
צו יונג. -- שרח'לע. -- ענדליך געפין איך די קווארטיר. 
--- געשמאָרבענע יאהרען טייער װו טייערץ קברים. 


מעהר פאר אלץ האָט מיך, נאַטירליך, אינטערעסירט דער 
פּלאַץ וואו איך בין איינגעשטאַנען אויף קווארטיר אין 1882. 
די שטוב פון דעם זיינערמאכער'ס אלמנה, וואו איך האָב גע" 
וואוינט די דריי וואכען (מיט דער אויסנאַמע פון די ערשטע 
פּאָר טעג. זעה 2טען באַנד, פּיידזש 29). אויך האָב איך זיך 
שטאַרק אינטערעסירט מיט דער וואוינונג פון קולישער, בראָד" 
סקי'ס הויזדלעהרער, ביי וועמען מיר פלענען זיך צוזאַמענקומען 
און דעבאַטירען, און וואו איך האָב זיך ענדליך באַשלאָסען צו 
פאָהרען קיין אַמעריקא. (זעה 2טען באַנד, פּיידזש 87-98). אָבער 
דער אַלטער שניידער האָט מיר דיזע הייזער ניט געקענט וייזען. 
ער האָט די צוויי פאַמיליען ניט געדענקט, אָדער ער האָט קיינמאָל 
ניט געוואוסט פון זיי. 

איך האָב זיך אַװעקגעלאָזען זוכען מיין אַמאָליגע קװאַרטיר. 

דעם נאָמען פון דער גאַס האָב איך פארגעסען. באַלד אָבער 
האָב איך דערזעהן א פּולישען שילד ,אוליצא זלאָטא", דאָס 
הייסט , נאָלד גאס", האָב איך זיך דערמאָנט, אז אַזאַ גאס אין 


ווידער אין אייראָפאַ 109 


אין בראָד טאַקע נעווען. אַלזאָ, האָב איך נערעכענט, אַז דאָרטען 
האָב איך דאָס געוואוינט. אויב ניט, טאָ ווארום געדענק איך 
עפּעס דיזען נאָמען און ניט קיין אַנדערען? איך געה דורך 
,גאָלד נאַס", זי איז מיר צו שמאָל! די נאַס, וואו איך האָב 
געוואוינם איז געווען א ברייטערע... ,און אפשר דוכט זיך מיר, 
אַז , גאָלד גאס? איז שמעלער", טראַכט איך זיך. ,עס איז דאָך 
שוין אַן אַלטער כל?, אַז ווען מען קומט פון אַ גרויסער שטאָדט 
אי אַ קליינע, וועלכע מען געדענקט פון אַמאָל, דוכט זיך אויס, 
אז די נאסען זיינען קלענער געווארען ... 

איך געה ווייטער. איך קוק אויף די הייזער, איך זוך מיין 
אַמאָלינע קװאַרטיר  ;‏ איך דערקען אָבער קיין זאך ניט, 

,דאַ אויף דער ,גאָלד גאס" געפינט זיך דער בעסטער האַָ- 
טעל, האָב איך דאָרטען גענומען א צימער. אונטען אין אין 
דעם האָטעל פארהאן א ניש-קשה'דיגער קאפע און רעסטאָראן, 
האָב איך דאָרטען אָפּנעגעסען און זיך ווייטער אװעקגעלאָזען זו- 
כען מיין אלטע לֿאֲזשי. 

באַלד בין איך צוגעקומען צו א סליינעם פּארק, איך האָב 
איהם גלייך דערקענט, 

-- איז דאָ אַ קאַזאַרמע? -- האָב איך געפרענט ביי א 
אידען. 

--- יא, אָט איזן די קאַזאַרמע, --- האָט ער מיר אָנגעוויזען, 
--- אָבער די סאַלדאַטען שטעהען שוין דאָ מעהר ניט. מען האַלט 
זיי איצם וייטער הינטער שטאָדט. װאָס זייט איהר, א רו- 
סישער ? 


--- יא, אַ רוסישער, --- ענטפער איך איהם און זעץ זיך 
אַנידער אויף אַ באַנק און קוק ארום זיך. איך דערמאָן זיך, וי 
מיר פלענען אַהער געהן אין אווענד זעהן, װוי די סאָלדאַטען שפּי- 
לען צו נאַכטלעגער אונטער דער השנחה פון אָפיצירען אין בלויע 
יוניפאָרמס. איך דערמאָן זיך, װי דאָ האָב איך צום ערשטען 
מאָל געזעהן, װי מען רויכערט די זעהר לאַננע, דינע עסטריי- 
כישע ציגאַרען מיט אַ שטרוי ביים שפּיץ. אפיצירען פלענען דאָס 
דאַ רויכערען (זעה 2טען באַנד, פּיידזש 38-99), 

אָבער אויב אזוי, אין , נאָלך גאַס? ניט די גאַס, וואו איך 


164 בלעמער פון מיון לעבען 


האָב געוואוינט. ווארים איך נעדענק, אז פון מיין קווארטיר צו 
די קאַזאַרמעס פלעג איך נעהן צוערשט לינקס און דאָרטען . ערשט 
צוקומען צו דעם פּארקעל מיט די קאַזאַרמעס, 

לויט דיזע ערינערונגען רעכען איך אויס, אז די נאַס, וואו 
איך האָב געוואוינט, דארף זיין די, וועלכע טראָגט אויף זיך 
אַ שילד , גאָלדהאבער נאַס". דאָס געפעלט מיר. איך קלער זיך: 
מסתמא איז דער נאָמען , נאָלדהאבער נאס" ביי מיר צופּלאָנטערט 
געווארען מיט , נאלד נאָס?,. איך נעדענק אפיל גאנץ גענוי, 
אז פון קיין גאלדהאבער נאס האָב איך קיין מאָל ניט געהערט, 
אָבער מאַלע װאָס מיר דוכט זיך, אז איך געדענק! קוֹרץ, איך 
לאָז זיך אוועק איבער , גאלדהאבער גאס". | 

די נאָס אין ברייטער וי ;נאָלד גאָס", און זי ווייזט 
מיר אויס היימישער, עפּעס אביסעל וי אן אלטע באקאנטע. איך 
דערפרעה זיך. 

איך נעה און זוך מיין קװאַרטיר.. 

פרענען, וואו עס האָט דאָ אַמאָל געוואוינט א זיינערמאכער'ס 
אלמנה מיט צוויי זיהן, שעהם איך זיך. עס איז א געשיכטע פון 
דרייסיג יאֶהר, עס װעט אַרויסרופען א סענסאציע אויפ'ן נאַס... 

דאַכט זיך, עס איז יאָ די נאס, און דאכט זיך, עס איז ניט 
די נאַס.. איבערהויפּט שטערט מיר דאָ דאָס פאָלגענדע: 
| ביי מיר אין קאָפּ האָט בראָד געהאט אַ באַשטימטע לענג 
און א באַשטימטע ברייט. די לענג אין געװען די נאַס, אויף 
וועלכער איך האָב געוואוינט. איבער דיזער גאָס פלעג איך 
נעהן אומעטום, און איבער דיזער גאס פלעג איך זיך פון א|- 
מעטום אומקערען אויף מיין קװאַרטיר, דעריבער בין איך צו- 
געוואוינט נעווארען דיזע ריכטונג זיך פאָרצושטעלען פאַר די לענג 
פון בראָד, 

ווען אויף מיין איצטינען באַזוך װאָלט איך אין דער שטאָדט 
אריינגעקומען איבער דערזעלבער גאַס, װאָלט איך מסתמא אַלץ 
נלייך דערקענט. איך בין אָבער אריינגעקומען איבער דער וואק- 
זאל נאַס, דאָס הייסט, אין א ריכטונג, וועלכע שניידט איבער די 
גָאס פון מיין קװאַרטיר. אזוי װוי איך בין געגאַנגען א לאַנגע 
שטיק, האָט זיך מיר איצט פאָרגעשטעלט, אז דאָס אין די לענג. 


ווידער אין איוראָמאַ | 108 


פון דעם איז ביי מיר צומישט געווארען דער נאנצער פּלאַן 
פון שטאָדט, , נאָלדהאבער נאָס", וועלכע האָט מיר אזוי שטאַרק 
אויסגעזעהן וי די נאָס, וואו איך האָב געואוינט אין 1889, 
איז איצט נאָר אויסנעקומען אָן א זייט. עס האָט זיך מיר דע- 
ריבער ניט געגלויבט, אן דאָ אין דאָס געווען מיין קװאַרטיר. 

איך האָב זיך דערמאָנט דאָס פאָלנענדע : ווען מען פלענט 
פון מיין קװואַרטיר נגעהן אויף אַ גראדען וועג, פון שטאָדט הינ- 
טער'ן-שטאָדט צו, פלענט מען צוקומען צום רוסישען גרענעץ, 
האָב איך יעצט געפרעגט, וואו דער גרענעץ איז, און מען האָט 
מיר טאַקע אָנגעוויזען אין יענער ריכטונג. עס האָט אלא 
געשטימט, אלץ האָט, דאַכט זיך, באַשטעטינט דעם איינדרוק, 
אז דאָס אין די גאַס, וואס איך זוך. נאָר דאָס, װאָס זי לינט 
אן א זייט, האָט מיר נעשטערט. 

אַרומגעהענדיג דארטען, האָב איך דערזעהן א פרוי, וועלכע 
איז נגעווען עהנליך צו מיין אמאָלינער באַלעבאָסטע, צו דעם זיי- 
גערמאכער'ס אלמנה. סמיין אינטערעס אין געווען אן אומבאַ- 
שרייבליכער איך האָב באקוקט די ארומיגע הייזער, און מיר 
האָט זיך געדוכט, אז איך דערקען די נאַכבאַרשאַפט, אָבער מיין 
באַלעבאָסטע װאָלט שוין היינט געװוען וייניגסטענס זיבעצינ 
יאְהר אַלט, ווערענד דיזע פרוי איז געװוען פערצינ אָדער אפשר 
עטליכע-און-פערציג יאהר. אָבער ווער וייס, אפשר זעהט זי 
נאָר אויס יונג. עס האָט זיך מיר ניט נענלויבט, אז א זיבעצינ" 
יאהריגע אידענע זאָל האָבען אזא פּנים און אַזאַ פינור, עס האָט 
זיך מיר אָבער געווע לט גליבען, אז דאָס אין זי, און 
איהר אֶנבליק איז געווען זעהר עהנליך צו יענער אלמנה. 

איך האָב געװאָלט צו איהר צונעהן און פרענען, אויב זי 
געדענקט ניט א זיינערמאַכער'ס אַלמנה, װאָס האָט אויף דיזער נאס 
אמאָל געוואוינט מיט צוויי זיהן. אויב דאָס איז זי (אָדער איהרע 
א אינגערע שוועסטער פילייכט), װעט זי מיר שוין אַלץ ערקלערען, 
און אויב ניט, װועט זי מיר אפשר ווייזען די החויז, וואו די אלמנה 
האָט נעוואוינט. אָבער מיין ארומנעהן און קוקען אויף די הייזער 
האָט צו מיר גענומען ציהען אויפמערקזאמקייט, און דיזע פרוי 
האָט אויך אויף מיר נגעקוקט. עס אין מיר געווארען אזוי אונ- 


166 בלעטער פון מיין לעבען / 


אנגענעהם, אז איך בין נעצוואוננען געווען פאָרלויפינ אויפצו" 
געבען די אונטערנעמוננ. איך בין אװעק צוריק אין מייי 
האָטעל, 

ניט ווייט פון דעם האָטעל? האָט זיך געפונען דער גע- 
שעפט פון א זיינערמאכער, בין איך אַריין צו איהם און איהם 
געפרענט, אויב ער וייס, וואו עס האָט אַמאָל געוואוינט א זיי- 
גערמאכער'ס אַלמנה סמיט צוויי זיהן. איך האָב איהם ערקלערט, 
פארװאָס איך װוי? דאָס וויסען. ער האָט זיך פאַראינטערעפירט, 
אָבער ער אליין איז נגעווען צו יוננ צו נעדענקען, וואס פאר דריי- 
סינ יאהרען איז געווען (הגם די חורבות מיט די הויכע קאפּעליו- 
שען האָט ער יאָ געדענקט). אָבער אַז אויף ,נאָלדהאבער נאָס" 
האָט אַמאָל נעוואוינט א זייגערמאכער, און אז ער האָט איבערגע- 
לאָזען אן אלמנה, דאָס האָט ער נעהערט. האָט, אלזאָ, ווידער 
געשטימט, 

ער האָט צונעלענט נאָך אַ שטיקע? אינפאָרמאציע, וועלכע 
איז פאר מיר וויכטינ געװוען: ‏ נאָלדהאבער נאס" איז א נייער 
נאָמען,. פריהער פלענט מען דאָס רופען , לעשנעווער גאס". איז 
שוין אלזאָ קיין חדוש ניט, פארװאָס איך האָב דעם נאָמען קיינ- 
מאָל ניט געהערט. אָבער , לעשנעווער גאס" האָב איך אויך קיינ- 
מאָ? ניט נעהערט. האָב איך זיך נעטרייסט מיט דעם געדאנק, אז 
אין קליינע שטעדט ברויכט מען ניט אזוי אפט די נעמען פון 
די נאסען, וי אין גרויסע; אלאָ, קען מען אָפּוואױינען דריי 
װאָכען און דאָך ניט וויסען, וי עס הייסט די אדער יענע גאס. 

איך בין וידער נענאננען אויף ,נאַלדהאבער נאס/, וי- 
דער באַמערקט יעדע הויז, ווידער באנענענט יענע פרוי און ווידער 
אַװעק מיט נאָרניט. מען האָט אויף מיר געקוקט --- געקוקט אויף 
דעם, װואָס דרעהט זיך דאָ אַרום אַ נאַנצען טאָנ. װאָס אין 
דאָס פאַר א מענש? וער איז ער ?4 סיר האָט זיך געדוכט, 
אז די פראנע איז אויפגעשריבען ביי יעדען אוים'ן פּנים,. צוגעהן 
צו דער פרוי האָב איך דעריבער ניט געוואנט. 

איך האָב זיך שוין נעקליבען אװעקצופאָהרען, אָבער דער 
וואונש צו דערגנעהן, וואו מיין קװאַרטיר איז געווען פאַר דרי" 
סיג יאַהרען, האָט זיך אין מיר אייננענעסען וי א קלפּה. די 


ווידער אין אייראָמאַ 107 


געשטאַלט פון יענער אלמנה און פון דער פרוי, וועלכע איך האָב 
דאָ איצט באַנעגענט, האָט מיר ניט נעלאָזען פאהרען, אין דאָס 
דיזעלבע פרוי 4 איז דאָס א שוועסטער, אדער א קרובה, וואס 
איז עהנליך צו איה ? די פראגע האָט ניט אפּגעלאָזט מיין 
מוח. איך האָב געמוזט פארבלייבען אין בראָד נאָך א טאָנ. 

ווען עס איז נגעווארען אווענט, האָב איך זיך געקלערט: עס 
איז פינסטער; איצט על איך זיין פריי פון ניינערינע אוינען; 
איצט על איך צונעהן צו דער פרוי און ריידען מיט איהר,. עס 
איז געווען ווארעם, איך בין געווען זיכער, אז איך ווע? איהר 
ווידער געפינען אין דרויסען. בין איך אלזאָ וידער אוועק אין 
דער , נאָלדהאבער נאס", 

איך האָב איחר ווירקליך געפונען. זי אין געשטאַנען און 
געשמועסט מיט אַן אַנדער אידענע. איך בין גלייך צוֹ איהר 
צוגענאנגען, 

--- ענטשולדינט מיר, איך וויל ביי אייך עפּעס פרעגען, --- 
האָב איך אָנגעפאנגען. 


--- מיר האָט דעם גאנצען טאָג געוואונדערט, וואס איהר 
קוקט אויף מיר, --- האָט זי זיך אָפּגערופען מיט אַ גרויסען אינ- 
טערעס און מיט א זעהר פריינדליכען און אנגענעמען שמייכעל, 
--- איך האָב געזעהן, אז איהר זוכט דאָ אימיצען, 

איך האָב איהר דערצעהלט די גאנצע געשיכטע, 

--- שרה'לע ! -- האָט זי אויסגעשריען, --- איהר מיינט 
שרה'לע סענאַל! 

-- האָט זי געהאַט קינדער? -- האָב איך געפרעגט, אום 
זיך צו ערקונדיגען, אז זי מיינט טאַקע מיין אַמאַלינע באַלֿע- 
באָסטע. | 

--- צוויי זיהן, -- האָט זי געענטפערט. 

עס האָט אלזאָ נעשטימט. זי האָט געזאָנט, אן זי אין גע" 
ווען א שעהנע, , עמאנציפּירטע? פרוי, דאָס הייסט, אן זי איז 
געגאננען אין די איינענע האָר, און דאָס האָט אויך געשטימט. 
מיין האַרץ האָט געקלאפּט װוי מיט א האמער., 

זי האָט מיך צוגעפיהרט צו א שטוב, וואו פון פאָרענט אין 


108 בלעטער פון מיון לעבען 


געווען א קליינע שפּייז-יקרעמע?ל. מיט דרייסיג יֹאֶהר צוריק איז 
דאָרטען קיין קרעמעל ניט געוען. 

--- האָט מען די הויז אַביסעל איבערגעבויט ? -- אוֹיף די" 
זער פראגע האָט זי מיר ניט געקענט ענטפערען,. אויך האָט זי 
ניט געוואוסט, וואס מיט שרה'לע סענאל איז געווארען. אז זי 
אַלֵיין איז אפילו ניט קיין קרובה פון מיין אַמאָליגער באַלעבאָסטע, 
איז געווען דייטליך, איך האָב פאַרשפּאָרט אפילו ועגען דעם 
צו פרענען. | 

זי האָט מיך אַריינגעפיהרט אין א גרעסערער שפּײיזיקראָם, 
אויף דער אנטקעגענדינער זייט נאס, און דאָרטען האָט די קרע- 
מערקע, אן עלטערע פרוי, מיר נענעבען מעהר איינצעלהייטען. 

--- שרהח'לעס זיהן זיינען שוין לאנג אוועק קיין אדעס, און זי 
האָבען זייער מוטער אַריבערגענומען צו זיך, --- האָט זי מיר ער- 
קלערט, 

די הויז האָט מען אַביסע? איבערנעבויט, און לעשנעװוער 
נאס האָט מען מים א יאהר צװאַנציג צוריק אביסעל געענדערט, 
דאכט זיך, מיט בוימער באפלאנצט. 

די שפּייז קרעמערקע און איהר מאַן האָבען מיך אויסנע- 
פרענט, צו װאָס איך דאַרף דאָס אַלְץ וויסען. מיר האָט זיך גע" 
דוכט, אז זייערע פראנען שמעקען מיט חשד, אז זיי גלויבט זיך 
ניט, דאָס מיין אינטערעס אין יענער קווארטיר באַשטעהט אין 
דעם, װאָס איך בין מיט דרייסיג יאֶהר צוריק דארטען איינגע- 
שטאַנען. 

דאָס, וואס איך האָב נעזוכט, האָב איך אלזאָ נעפונען. א 
צופרידענער בין איך געגאננען צוריק אין מיין האָטעל. 

אין דעם קאפע, וואס ער האָט ענטהאלטען, האָב איך נע- 
פונען אַן ארקעסטערע? פון דריי מוזיקאנטען. ביי עטליכע טיש- 
לעך האָבען אידען געשפּילט שאַך. ביי איין טישעל אין גע- 
זעסען א שעהנער יוננער אֶפּיציר, ער האָט א פּאַר מאָל געחייסען 
איבערשפּילען די אמעריקאניש-אידישע ליד ,חוה". די באַלע- 
באָסטע האָט מיר געזאגט, אז ער אין א איד. 

איך האָב געהערט, אז אין א געוויסען שענק אויפ'ן מארק 
קען מען הערען אידישע טעאַטער זינגער. בין איך נאָך װע" 


ווידער אין איוראָפאַ ‏ 109 


טשערע אַװעק אַהין. עס איז געווען אַ נאנץ צרה'דינער געזאננ. 
איינער פון די אקטיארען אין געווען א געוועזענער מיטנליד פון 
א טעאַטער-טרופּע אין רוסלאנד, איך האָב מיט איהם אַביסעל 
געשמועסט ווענען אידישען טעאַטער, איך האָב איהם דערמאַנט 
די באַרימטע בראָדער לידער זינגער, וועלכע פלענען האָבען א 
שם אין רוסלאַנד און פון וועלכע עס איז געקומען צו דעם אָנ- 
הויב פון דעם אידישען טעאַטער. דאָס האָט איהם אָבער ניט 
אינטערעסירט, ער אין געווען פארנומען מיט דער פראנע וע- 
גען די מטבעות, וואס דער עולם האָט געװאָרפען אין זיין טעלער. 
עס איז נעווען א זעהר קליינער עולם און זעהר אן ארעמער, איז 
די אַייננאמע אלזא געווען א נעבעכדינע. 
| ווען איך בין אַרױס פון דארטען, האָב איך אויפ'ן מארק 
ווידער באַגעגענט די פרוי, וואס איז געווען עהנליך צו מיין בא- 
לעבאָסטע, זי איז נעשטאַנען און נערעדט מיט אימיצען. זי 
האָט מיך אָפּנעשטעלט, 

--- נו, זייט איהר שוין צופרידען? -- האָט זי נעפרענט 
מיט איהר אנגענעמען שמייכעל, | 

-- יא, -- האָב איך געענטפערט, דאַנקענדינ איהר פאר 
דער מיה, וואס זי האָט זיך מיט מיר גענומען. -- איצט קען 
איך רוהיג פאָהרען צוריק קיין אמעריקא. 

--- איהר ווייסט, --- האָט זי געזאגט, --- די פרוי אין דעם 
שפּייז קלייט נלויבט דאָך ניט, אַז איהר זייט אַ פרעמדער. זי 
מיינט, אז איחר זייט שרה'לעס א זוהן. עס גלויבט זיך איהר ניט, 
אַז א פרעמדער זאָל זיך אזוי אינטערעסירען. 

אויף מאָרגען אין דער פריה האָב איך ווידער באַזוכט לעש- 
געווער גאס. איך האָב געװאָלט א לעצטען מאָל אַ קוק טאָן אויף 
מיין אמאָליגער קווארטיר. ‏ איצט האָב איך אלץ פאָלשטענדיג 
דערקענט, און דאַן ערשט האָב איך פאָלשטענדיג דערפיהלט, אז 
עס איז שוֹין דרייסיג יאָהֹר, און װאָס דאָס הייסט,. אן אומעט 
האָט זיך אין מיין האַרצען פארשפּרייט, 

איך האָב אין מיינע געדאנקען איבערנעבויט דעם פּלאן פון 
דער שטאָדט אזוי, אז די ריכטונג פון לעשנעווער גאס זאָל זיין 
די לענג, און דאַן איז אַלץ געווארען קלאָר און דייטליך, 


170 בלעטער פון מוין לעבען 


דאַן האָב איך אויפ'ן שטעל געטראפען, וואו קולישער'ס 
קװואַרטיר איז געווען, די וואוינונג פון דעם שעהנעם לעהרער מיט 
דער גרויסער גילדערנער באָרד און זיין שווארץ-חן'עוודינער יונ- 
גינקער ווייבעלע מיט'ן קינד אויף די הענם. די פיינע דירה, וואו 
מיר פלענען זיך צוזאמענקומען און דעבאַטירען וענען אידישע 
קאָלאָניעס אין אמעריקא. איך האָב אויך דערקענט אייניגע פון 
די דערבייאינע הייזער (זעה 2טען באַנד, פּיידזש 38). 

איך בין אוועק אויף דער שו? נאס, וואו עס אין געװען 
מיין ערשטע קווארטיר אין בראָד, ביי דעם הויכען געלען קאָנ- 
טראַבאַנדסטשיק. און אין אלנעמיין האָב איך דעם אָרט איצט 
שוין אויך דערקענט, הנם א הויז, וואס אַ העלפט פון איהר זאָל 
זיין צופאלען, האָב איך ניט נעפונען. 

איך האָב באזוכט די נרויסע, פאַרצייטינע, באריהמטע בראָ- 
דער שוהל, און אַ פּאֶר חדרים. אין איין חדר איז דער רבי, 
א יונגער מאַן, געווען אזוי מוזיקאַליש, אן די איננלעך האָבען 
ביי איהם געזאָגט חומש מיט א שעהנעם נגון, אלע צוזאמען אין 
אַ האַרמאָנישען כאָר. 

עס אין מיר געווען זעהר אינטערעסאנט צו זעהן, װי ער 
קאָמאַנדעװעט איבער זיי, וי א דיריגענט, און וי, מאַכענדיג 
מיט זיין רימען, דיריגירט ער אויס א מעלאָדיע. זיי האָבען 
געזונגען מיט אנגענעמע הילכענדע אינגעלשע שטימעלעך. אזא 
חדר האָב איך נאָך קיינמאָל ניט געזעהן. איך האָב מיט'ן מו- 
זיקאלישען מלמד געװאָלט באקאנט ווערען, פרעגען װענען זיין 
חדר-כאָר און ווענען זיין פּרנסה, איך האָב שוין אָבער קיין גע- 
דולד ניט געהאַט. 

די געשטאָרבענע יאָהרען זיינען טייער, װי די קברים פון 
אייערע עלטערען,. איחר באַוויינט זיי. ‏ איהר ויינט אָבער ניט 
אויף אייער איצטינען פופצינ-אָדער זעכצינ-יאהרינען באַוואוסט- 
זיין, פארקערט! איהר זייט שטאָלץ און צופרידען מיט אייער 
עלטער. אייך דוכט זיך אַז פריהער זייט איהר געווען אַן אונ- 
ערפארענער שנעק; אז איצט ערשט הויבט איחר אָן צו פאר- 
שטעהן, איצט הויבט די ועלט אָן צו באַקומען דעם ריכטיגען 
טעם ביי אייך. 


ווידער אין איוראָטאַ 171 


יעדער טאָג אין אַ נייער אֶנהוֹיב. דאָס לעבען פאנגט זיך 
ערשט אָן. | 

די פראַנצויזען פלענען ביי דער לויה פון אַ געשטאָרבענעם 
הערשער אויסרופען וענען איהם און זיין יורש: ,דער סעניג 
איז טויט! עס לעבע דער קענינ!? אין אַן ענליכען זין ווילט 
זיך אויפרופען: ,דאָס לעבען אין טויט! עס לעבע דאָס 
לעבען !" 

+* א * 

איך האָב שוין געפונען אלץ, װאָס איך האָב געזוכט. נע-" 
פונען, און דאָך . . . ניט נעפונען. די בראָד, וואו איך האָב 
פארבראכט דריי ואָכען פאַר דרייסיג יאָהרען, --- פּונקט וי זי 
איז דאַן געווען, האָט געלעבט נאָר אין מיין זכרון. די בראָך 
פון 1012 איז געווען אַן אַנדערע. אָבער מיינע איצטינע עראינע- 
רונגען אָן מיין אַמאָליגער יוגענד זיינען געווען נגעשלאָסען. אַן 
אינטערעסאַנטער בוך װאָס איז שוין איבערנעלעזען. די פאַרגאַנ- 
גענהייט האָט מיך פּלוצלונג אויפגעהערט צו ריהרען. איך האָב 
דערפיהלט, אַז איך בענק אחיים, נאָך אַמעריקא... 

אין אַ פּאָר שטונדען אַרום בין איך געזעסען אין אַ צונ, 
װאָס איז גענאַנגען קיין לעמבערג. לאַננזאַם, לאַננזאַם האָט ער 
זיך געשלעפּט, און לאַננזאַם האָבען זיך אויך געשלעפּט מיינע 
געדאַנקען, קאַלעמוטנע געדאַנקען. 


8 


איך פאָר צום בעלזער רבין. -- צוויי חסידים. -- א מיט- 


איך האָב געװאָלט באקאנט ווערען מיט דעם לעכען פון די 
אידען אין נאַליציען, װוי ווייט דאָס איז מעגליך געווען אין אזא 
סורצע צייט,. און אַזױי װוי דער חסידיזם שפּילט דארטען אן 
אומנעהויערע ראָלע, האָב איך באשלאָסען צו זעהן עטוואס פון 
זיינע מיטעל-פּונקטען. 

די וויכטינסטע צוויי חסידישע רביים אין גאַליציען זיינען 
דער בעלזער און דער טשאָרטקאָװער. ‏ דער ערשטער איז דער 


179 בלעטער פון מיין לעבען 


גוטער איד" פון די ברייטע חסידישע מאַסען; דער צוייטער 
פאַרמאָנט אַ קלענערען, אָבער אַ רייכערען עולם. פיין פּלאַן אין 
געווען צו באַזוכען ביידען. ‏ דער טשאָרטקאָװער, האָב איך גע- 
הערט, פארברענגט זיינע זומערען אין מאַריענבאד, לעבען קאַר?ס- 
באד; און אַהין האָב איך דאָך סיי וי סיי זיך געקליבען צו 
פאָהרען, ‏ דער בעלזער רבי, ווידער, אין דאן געװוען אין דער 
היים, און בעלז איז נאָר פיר שטונדען רייזע פון לעמבערג,. אלןא, 
האָב איך פון לעמבערג געמאכט אַ נסיעה אַהין. 

יענע איזענבאַהן ליניע איז ניט נגעווען פון די בעסטע, דער 
צוג האָט זיך געשלעפּט, געטרייסעלט זיך און געטאַנצט. מיך 
האָבען אָבער אינטערעסירט די סצענעס, וואס האָבען זיך גע- 
זעהן פון דעם ואנאָן-פענסטער און אַפילו דער צרה'דינער 
צוג אויך. אלאָ, בין איך ניט געווען אונצופרידען. 

די דערפער זיינען אין יענעם געגענד דורכאויס רוטענישע. 
עס האָבען זיך באַװעגט באָרוועסע פּויערים און פּויערטעס. דאַ 
און דאָרטען האָט זיך געהערט אן אוקראַינישער געזאַנג. איך 
האָב זיך נעפיהלט, וי אין זיד-רוסלאַנד, 

אין וואנאָן אין לעבען מיר געזעסען א יונגער רוטענישער 
נלח,. איך האָב צו איהם געפּרואװט רעדען אויף רוסיש, טאָמער 
װועט ער פאַרשטעהן א פּאָר ווערטער ; און, צו מיין אַנגענע- 
מער איבערראשונג, האָט ער מיר נעענטפערט אויף רוסיש, 
מיט אַ שטאַרקען אוקראינישען אַקצענט, אָבער אויף א גוטען, 
גראַמאַטיקאַלישען רוסיש, 

--- האָט איהר געוואוינט אין רוסלאַנד?! -- האָב איך 
נעפרענט, 

--- ניין, די רוסישע שפּראַך איז אָבער אונז ליב, --- האָט 
ער געענטפערט, -- איך האָב איהר נעלערענט אין דער היים. 

ער איז געווען אביסע? באַהאַװענט אין דער רוסישער לו- 
טעראַטור. 

אין איין פּלאַץ, ביי אַ קליינער סטאנציע, איז פארביינע- 
נאננען אַ רעליניעזע פּראָצעסיע. דער גלה האָט אַראָפּנענו- 
מען זיין הוט און מיר ערקלערט, אין װאָס די צערעמאָניע באַ- 
שטעהט, 


ווידער אין איוראָטאַ 18 


מיר האָבען גערעדט וענען אַמעריקא,. ער האָט אין 
ניו יארק געהאַָט א שװעסטער און באקומען בריף פון איהר. 
פון די דאָזינע בריף האָט ער אָבער נעשעפּט א מאָדנעם באַ- 
גריף ווענען דעם לעבען אין די פאראיינינגטע שטאַאַטען,. ער איז, 
צום ביישפּיל?, געווען אונטער דעם אַיינדרוק, אַז אַלע אַמערי- 
קאַנער זיינען אימיגראַנטען, און אז די רייכסטע מענשען אין 
לאנד זיינען רוסישע אידען. 

| א * * 

דער צונ אין צונעקומען צו בעלז,. פיר זיינען דורכנע- 
פאָהרען גרויסע זומפּינע לאָנקעס, עס האָבען ארומגעשפאצירט 
בוטשאַנעס, הויכע, הויכע מיט דינע לאַנגע פיס, מיט פאַר- 
טראַכטע שטאָלצע טריט. אויף אַזעלכע בוטשאַנעס פלענ איך 
קוקען אין מיין געבורטסספּלאַץ, וען איך בין נעווען אַ קינד 
פון אַ פיר-פינף יאָהר. זינם דאַן האָב איך אזעלכע פויגלען 
איצט, אין בעלז, געזעהן צום ערשטען מאָל, 

--- צוליב דיזע בוטשאַנעס אַליין װאָלט מיר געווען כדאי 
צו קומען אַהער, --- האָב איך געזאָגט צום גלח. 

---יא, אונזער גענענד אין אַ פיינער. אַ שעהנע לאנד, -- 
האָט ער באַמערקט, --- אָבער אן אָרעמע. פילע פון אונזערע 
דאָרפס-קינדער פארען אוועק קיין אמעריקא, פילע פון אונזערע 
מיידלעך שרייבען פון דאָרטען, אז זיי דינען ביי רוסישע אידען, 
און אז עס איז זיי גוט ביי זיי. 

עס אין נאָך געבליבען א פֹּאָר מינוט צו בעלז. פון ווי- 
טען האָבען זיך באַוויזען צוויי חסידים. זיי זיינען געלאָפען מיט 
אַלע כחות, אום צו כאַפּען דעם צוג, װאָרים בעלז איז א קליינע 
סטאַנציע, און ער שטעהט דאָרטען זעחר ויינינ. איך האָב 
געקוקט, וי זיי ווענדען אָן זייערע קרעפטען. זייערע בעקעשעס, 
וועלכע האָבען דערנרייכט ביז דער ערד, האָבען זיי נעשטערט. 
די לאַנגע פּאָלעס האָבען זיך געפּלאָנטערט צווישען זייערע פיס. 
זיי האָבען געמאַכט אַן ענערנישע אָנשטרעננונג צו דעריאַנען 
דעם צוג. די לאַנגע פּאָלעס האָבען זיי אָבער צוריקנעהאלטען. 
זייערע פּאות האָבען זיך צונעשאַקעלט צום טאַקט פון זייערע באַ- 
וועגונגען. עס איז געווען א רחמנות צו קוקען. די מהעים" 


14 בלעטער פון מיין לעבען 


צווישען זיי און דעם לאַקאָמאָטיוו איז אָבער געווען אינטערע- 
סאנט,. איך האָב נעבעטען נאָט, זיי זאָלען געווינען. צו דער" 
זעלבער צייט איז די סצענע מיר פאָרנעקומען, װוי א סימבאָל פון 
די שטערונגען, וואס פארצייטינע באנריפען שטעלען אונז אין 
ווענ. איך האָב זיך נגעטראכט: מיטעלאַלטערליכע אבערנלויבענס 
פּלאָנטערען זיך ביי אידען צווישען די פיס און פארהאלטען זייער 
פאָרטשריט. 

די צוויי יוננע לייט האָבען אויפנענעבען דעם קאמף. זי 
זיינען געבליבען שטעהחן פון ווייטען, באַזינטע, אויסנעמאַטערטע. 
דער צונ איז געווען אַ שטיק צרה, אָבער פאָרט א טיי? פון דעם 
מאָדערנעם פאָרטשריט, און ער האָט געוואונען. 

די בעלזער סטאַנציע געפינט זיך אויסער'ן שטעדטע? ביי אַ 
פערטעל שעה צוצופאָרען מיט אַ פערד און װאָנען. עס האָבען 
זיך אַרומנעדרעהט אַ פּאָר אידען. איינער אַ בלאַנדער מיט א 
רויטליכער בערדעל, האָט פאָרנעשלאָנען מיך צוצופיהרען. ער 
האָט מיט זיך געהאָט אַן אנשטענדיג אויסזעהענדע בריטשקע, 
און זיין אייגענער אויסזעהן איז אויך געווען אַ באַלעבאַטישער. 
האָב איך זיך אַריינגעזעצט. באַלד האָט זיך באַװיזען נאָך אַ 
פּאַסאַזשיר, אן אייראָפּעאיש געקליידעטער מאַן פון א יאֲהר עט- 
ליכע-און-דרייסיג, ער איז נעקומען אין דעמזעלבען צונ, װאָס 
איך, נאָר אין אַן אַנדער וװאנאָן. ער האָט זיך אַװעקגעזעצט 
לעבען מיר,. סיר זיינען גלייך באקאנט געװאָרען ‏ ער איז 
געווען פון אוננארן, פון א שטערטעל מיט'ן נאָמען מאָקקאַ. 
דאָס איז אַ היבשער מהלך פון בעלז. ער איז געפאָהרען ספּע- 
ציעל צום בעלזער רבי'ן. 

זיינע אייראָפּעאישע קליידער זיינען געווען זעהר ציכטיג און 
נעט, און גערעדט האָט ער סמיט פילע דייטשע אויסדריקען און 
מיט סמנים פון אַ געוויסען נראד אינטעלינענץ. איך בין ער" 
שטוינט געװאָרען: אזא איד זאָל פאָהרען צום רבי'ן און נאָך 
פון אַזאַ ווייטען פּלאַץ! דער מאַן איז געווען אַזאַ אָפענהערצי- 
גער, אזא איינפאכער און צוגעלאָזענער, אז איך האָב די פראנע 
איהם נלייך געשטעלט, און ער האָט מיר געענטפערט גאנץ אוים- 
ריכטיג. 


ווידער אין אייראָפּאַ 15 


--- איינס האָט ניט צו דאָס אַנדערע, -- האָט ער געזאָגט. 
--- איך נלויב אין איהם. ער אין א איש תמים. (א טיףסער- 
ליכער, אויפריכטיגער מאַן, א מענש אֶהן זינד און אֶָהן א האָר 
צווייזייטיגקייט). דאָס גיט איהם א גרויסע קראַפט, 

ער האָט מיר ערקלערט, אז דיזען מאָל קומט ער ספּעציעל 
זיך באַראַטען וועגען אַ וויכטיגען געשעפט. דאָס איז מיר שוין 
גאָר געווען טשיקאַװע. האָב איך דאָס פאַר איהם אויך אויס- 
געדריקט, 

--- איהר שיינט צו זיין א ואָהלהאבענדער, ערפאהרענער 
קויפמאַן, -- האָב איך געזאָגט, -- פאָהרט איהר צו אַ רבי'ן 
אין אַ ווייטען געגענד זיך באַראַטען ווענען אַ וויכטינער פּראַק- 
טישער פראַנע? װאָס וייס ער וענען דעם? 

--- יא, טאַקע ווייל עס איז א וויכטיגע פראַנע, פאָהר איך 
זיך באַראָטען איך האָב מורא צו האנדלען אֶהן זיין עצה. 

--- אָבער װאָס ווייס ער ? --- האָב איך איבערגעזאַנט, --- 
דער בעלזער רבי װעט אייך וייזען, וי צו טאָן דעם ריכטיגען 
שריט ? -- האָב איך געפרענט, 

--- ביי אייך קומט עס אויס קאָמיש. עס איז אָבער ערנסט, 
ערשטענס, פארנעסט ניט, אז צו איהם ווענדען זיך נאָך עצות 
הונדערטע און הונדערטע נעשעפטסלייט, און אַזױ געהט עס 
אָן יאָהרען און יאָהרען, ער הערט זיך אָן אזוי פיל, ער האָט 
ערפאהרונג אין אַלערלײ נעשעפטען. קיין נאַר אין ער ניט. 
איהר וועט זיך אַליין אין דעם ערקונדינען. נו, אין שוין נאר- 
ניט אזוי וואונדערבאַר, װוי איהר מיינט. אָבער איך מון אייך 
זאָנען דעם אמת: איך גללויב אין זיין געטליכע קראפט, אז 
ניט װאָלט איך אַהער ניט געקומען. 

--- און וי װועט זיין, אז ער װועט אייך נעבען אן עצה, ועל- 
כע װעט אויף אייך ניט מאַכען קיין גוטען אַיינדרוק? וװעט 
איהר איהם אויך פאָלגען ? 

--- צי איך װעל פאָלנען ? --- האָט ער נעזאָגט מיט א מין 
רעליגיעזען שמייכעל, --- אָבער ווארום זאָל דאָס מאַכען ניט 
קיין גוטען איינדרוק אויף מיר ? דאָס קען נאָרניט זיין אלץ, 
וואס ער וועט זאָגען, װועט זיין ריכטינ און װועט אויף מיר 


16 בלעטער פון מוין לעבען 


מאכען א נוטען איינדרוק ניט דעם ערשטען מאָל? פאָהר איך 
צו איהם, 

--- לאָמיר זיך אָבער פאָרשטעלען, אז איהר זייט מיט זיין 
עצה ניט אַיינפאַרשטאַנען, װאָלט איהר דאַן אויך געפאָלנט ? 

--- נו, געוויס! וואס פאַר א פראנע! ניט פאָלגנען װאָלט 
נעווען א סכנה. עס װאָלט געװוען אן אומנליק פאר מיין נע- 
שעפט און פאר מיין פאמיליע. פאָלְנען איהם אין סתם נוט. 
עס ווערט אזוי נום אויפ'ן הארצען פון דעם. 

איך האָב פאַר זיך נעזעהן א מענשען, װאָס איז פאר- 
שיכור'ט מיט אבערגלויבען. זיין אבערנלויבען אין אָבער ניט 
נעווען קיין טרוקענער, ניט קיין ענאָאיסטישער. ער האָט נע- 
פאָלנט דעם רבי'ן ניט דוקא וייל ער האָט מורא נעהאט ניט 
צו פאָלנען, אין דעם אין נעלענען באנייסטערוננ אויך. א / 
שטילע, נאאיווע, קינדערשע באַנייסטערונג. ער האָט אויף מיר 
געמאכט דעם איינדרוק פון א העכסט ערליכען און נוטען מענשען. 
איך האָב זיך געקלערט: ווען מען זאָל אין זיין מוח אריינברענגען 
ליכט און איהם פאַראינטערעסירען אין א נאָבעלער מאָדערנער 
באווענונג, װי דער פרייהייטס-קאמף, צום ביישפּיל, װאָלט ער 
געווען אן איבערגעבענער סימפּאַטישער קעמפער, 


עס האָט זיך ארויסנעציינט, אז דער בלאַנדער בעל-ענלה, 
װאָס האָט אונז געפיהרט, אין טאַקע דער באַלעבאָס פון דער 
אכסניא, אין וועלכער ער האָט אונז ארייננעפיהרט. ער האָט 
אָבער אויך נעמאַכט אַ גוטען איינדרוק אויף מיר. ער האָט ניט 
געכיטרעוועט, פון די עטליכע ווערטער זיינע און פון זיין באַ- 
נעמען זיך האָב איך נעפיהלט, אז ער אין אן אויפריכטינער 
מענש. 

ער האָט מיר נגענעבען א גרויסען צימער מיט צויי פענס- 
טער, א צימליך ציכטינען. 

.א פּאַר מינוט שפּעטער אין אריינגעקומען א איננעל פון 
אַ יאָהר דרייצעהן מיט לאַנגע, רויטליכע פּאות'ן. אַ זוהן פון 
דעם באַלעבאָס. זיין עהנליכקייט צו איהם איז געווען דייטליך, 
ער האָט מיר געגעבען שלום און געפרעגט, צי איך בין שון 
געווען ביים רבי'ן. דערנאָך האָט ער געװאָלט וויסען, פון װאַנען 


ווידער אין אייראָפּאַ 1177 


איך קום. איך האָב נעענטפערט, אַז איך קום פון אַ גאַנץ ווייטען 
גענענד, אָבער דאָס האָט איהם אייגענטליך ניט אינטערעסירט. 
ער האָט געפרענט פון יוצא ווענען. ביי איהם זיינען אַלֶע 
נענענדען געווען נלייך -- פּלעצער פון וואנען מען פאָהרט צום 
בעלזער רבי'ן. 

שפּעטער האָט זיך באַוויזען א קאָמיטע, וי מיר וואלטען 
דאָס גערופען, פון צוויי אידען,. אין טיר האָט מען ניט גע- 
קלאפּט. מען אין ארייננעקומען אֶהן צערעמאָניעס. די צויי 
אידען האָבען מיר ערקלעהרט, אז זיי זאמלען געלט פאר א 
ישיבה. עס האָט זיך אָבער נלייך באוויזען דער באַלעבאָס און 
האָט זיי העפליך געבעטען, זיי זאָלען מיר צוערשט לאָזען זיך 
אָפּרוהען. 

איך האָב געהייפען מיר דערלאננען עפּעס צו עסען. עס 
איז ארייננעקומען די באַלעבאָסטע. איהר געזיכט נעדענק 
איך ניט. איך נעדענק נאָר איהר שטימע און איהר ארט ריידען. 
זי האָט מיר דערצעהלט וועגען דער גרויסקייט פון דעם בעלזער 
רבי'ן, און זי האָט פאר מיר נעשילדערט זיין טאָכטער'ס חתונה, 
וועלכע איז פאָרגעקומען מיט אַ קורצער צייט פריהער. 

--- עס זיינען זיך צוזאמענגעקומען אנדערע רביים, מיט 
קרובים, גרויסע לייט. מען האָט געבראַכט דרשהגעשאַנק, 
-- האָט זי דערצעהלט מיט באַגייסטערונג, --- יענע נוטע אידען 
זיינען נעווען רייך געקליידט, אין די טייערסטע זיידענס. אונ- 
זערער, זאָל געזונט זיין, האָט דאָס ניט ליב. אֶט װעט איהר 
זעהן, ער געהט אָנגעטאָן װי אַלע אידען,. א טייערע נשמה, 
אַזאַ צדיק איז אויף דער וועלט ניטאָ, 

זעהן דעם רבי'ן איז שוין געווען צו שפּעט. איך האָב דאָס 
געמוזט אָפּלײינען אויף מאָרנען. 


4 
די שטעדטעל בעלוז. -- באַקאַנטשאפטען אויפן נאַם. -- 
איך שמעל זיך פאָר פאַר'ן רבינ'ס נבאי. 
אויף מאָרגען, נאָכדעם װוי איך האָב אָפּנענעסען פרישטיס, 
איז צו נגעהן זעהן דעם רבי'ן נאָך געווען צו פריה. האָב איך 


18 בלעטער פון מיין לעבען 


זיך דורכנעשפּאצירט דורכ'ן שטעדטעל, די בלאָטע אין געוען 
גרויס, און דער דלות -- ניט קלענער. 


די וויכטיגסטע טייל פון בעלן, איהר צענטער, אין א 
סקווער, א פיר-קאַנטינער שטח מיט א צייל הייזער אויף יעדער 
זייט. די מייסטע פון די טירען זיינען געװװוען אפען. און וי 
ווייט איך האָב געקענט זעהן, זיינען דאָס רוב פון די וואוינונגען 
באַשטאַנען פון איין צימער מיט'ן דלות פון דרויסען און פון 
אינווייניג. = אלץ אין געװען זעהר פּרימיטיוו. ווארשיינליך 
האָבען דאָס רוב אידען אזוי געלעבט אין מיטעלאַלטער. אָבער 
אזוי זיינען דאָך די אידישע שטעדטלעך אין דער ליטא אויך, 

מען איז נגענאנגען פון דאַװנען. איין יונגער חסיד, א 
באַלעבעסע? פון אַ יאהר פינף-או-צואַנציג, מיט אַ טלית זאק 
אונטער'ן ארעם, איז גענאַנגען פארטראַכטערהייט, אזוי וי א 
פארדווייקעטער.. זיינע פּאות'ן זיינען געווען זעהר לאנג און 
זעהר דין. אויפ'ן קאָפּ האָט ער געטראנען א פּליושענעם קאַ- 
פּעליוש. א בלאַנדער, אן אויסנעװייקטער, א זיידענער יונגעך- 
מאַנטשיק, װי א היילינער, 

נעקסט צו איהם האָט זיך מיין אויפמערקזאמקייט אפנע- 
שטעלט אויף דריי שעהנע אינגלעך, ברידערלעך, אלע אין נע- 
קעסטעלטע הייזלעך, אין יאַרמולקעלעך און מיט פּאח'לעך. די 
עקען פון די העמדלעך האָבען ביי זיי ארויסגעשטעקט פון הינ- 
טען. נים ווילענדיג האָב איך צו זיי געגעבען א שטיפערישען 
וואונק, האָםט זיך איינער פון זיי צולאכט אוים'ן קול?, און אלע 
דריי זיינען אנטלאָפען, . 

איך האָב אויך באַנענענט צוויי אידישע איננעלעך, װאָס זיי- 
נען געגאַנגען אין קורצע הייזלעך מיט נאַקעטע פיס, אויף אַ 
מאָדערנעם שטייגער. מיט זיי אין געגאַנגען א גענאָלטער איך, 
א שעהן- געקליידעטער,. איך האָב געפרענט ביי אַ פארביינעהער, 
ווער דאָס איז, האָט ער סיר ערקלערט, אַז דאָס איז אַן אַדואָ- 
קאָט און זיינע צוויי זיהן,. צווישען יענע דריי ברידערלעך און 
דיזע צוויי איז אויפ'ן אויסזעהן געווען אן אונטערשיד פון עטלו- 
כע יאהרהונדערטען, , 

אין איין פּלאַץ אין געשטאַנען א יונגערמאן אין א קורצען 


ווידער אין אייראָפּאַ | 19 


ראָק, אֶָהן פּאות'ן, און האָט גערעדט צו אַן אַלטען אידען, ער 
האָט גערעדט אידיש, וי אַלֶע אידען. מיין אויפמערקזאמקייט 
האָט ער נעצוינען, ווייל ער האָט ניט אויסגעזעהן װי א איך. 
זעהענדיג, אז איך אינטערעסיר זיך מיט איהם, האָט ער גענומען 
ריידען צו מיר, און עס האָט זיך ארויסגעציינט, אז ער איז ווירק- 
ליך אַ קריסט, אַ רוטענער, ער אין א געבאָרענער פון לעבען 
בעלז. ער האָט נערעדט אידיש אַזױ גוט, װי אלע אידען, מיט 
דעם עכטען אַקצענט פון דעם בעלזער געגענד, און ער איז געווען 
גוט באַקאַנט מיט אלץ, וװואָס עס טוט זיך אין דעם רבינ'ס ,הויף". 

--- ווארום זייט איהר שוין ניט קיין חסיד? -- האָב איך 
ביי איהם נעפרעגט אויף שפּאַס, 

--- איך װאָלט געווען א חסיד, -- האָט ער געענטפערט גאנץ 
ערנסט, --- אָבער איך בין דאָך ניט קיין איד, אַ גרויסער, היי- 
לינער מאַן איז דער רבי. 

--- װאָלט איהר וועלען זיין איינער פון זיינע חסידים ? 

--- דאָס ניט. יעדער דאַרף זיין, װאָס ער אין. א קריסט 
דארף זיין אַ קריסט, און א איד -- א איד. וען אַ איד שמדט 
זיך אָדער א נוי איז זיך מגייר, איז דאָס ניט גוט, 

אַ קליינער אידעל מיט גרויסע פּאות'ן, ביי וועמען איך האָב 
עפּעס נעפרעגט, האָט זיך פון מיר שוין ניט אָפּנעטשעפּעט. ער 
אין מיט מיר מיטגנענאַננען. ער האָט אָבער גאָרניט נעמיינט 
דערביי. ‏ סתם געווען נייגעריג צו געהן מיט'ן אורח. ער האָט 
מיך גענומען אויף דעם געוועהנליכען קרייץ-פאַרהער, און ווען 
איך האָב איהם אויף זיינער א פראַנע ניט געענטפערט, האָט 
ער זיך ניט אָפּנעגעסען די הארץ און געשטעלט אַ צווייטע פראגע. 
ענדליך, זעהענדינ, אז איך האָב קיין חשק ניט צו ריידען, האָט 
ער זיך אַליין אװעקנעלאָזען ריידען, און אויף דיזער אַרט האָט 
ער מיר איבערנעגעבען איינינע זאכען, װאָס מיר אין געװען 
אינטערעסאַנט צו הערען, הנם אבפאָלוט זיכער אין דער פּינקט- 
ליכקייט פון זיין אינפאַרמאַציע בין איך ניט געװען. ער האָט 
מיר, צום ביישפּיל, געזאָנט, וויפי? איינקונפט די שטעדטעל האָט 
דורך די געסט, וואס קומען צום רבי'ן (ביי אכציג אָדער ניינ- 
צינ טויזענד נולדען אַ יאֶהר); וויפי? איינקונפט דער רבי האָט 


10 בלעמער פון מיין לעבען 


פון די, װאָס קומען צו איהם, און וויפיל מען שיקט איהם צו 
דורך פּאָסט (א סך הכל פון א האלב מיליאָן גולדען א יאֶהר); 
וויפי? דעם רבי'ן קאָסט אויסצוהאַלטען זיין הויף און די פילע 
אָרימע חסידים, װאָס קומען צו איהם און בלייבען אין בעלן 
מאָנאַטען אָדער זאָגאַר יאָהרען לאנג; וויפי? ער ניט אויס אוֹיף 
צדקה, א, אַז. וו 

ער האָט אויך דערצעהלט װענען דער חתונה פון דעם 
רבינ'ס טאָכטער. 

--- אכט טויזענד מענשען זיינען זיך צוזאמענגעפאָהרען אויף 
דער שמחה, -- האָט ער געזאָנט, -- יעדע הויז אין בעלז איז 
געווען געפּאקט מיט אורחים, און פילע פון זיי האָבען פּשוט 
נעשלאָפען אויפ'ן גאס. 

* * *+ 

דער װועג צום רבינ'ס , הויף" איז נעווען זעהר אַ בלאָטי- 
גער,. מסתמא האָט פריהער אין בעלז א סך גערעגענט, און 
יענע געסלעך זיינען געווען פול מיט גריבער ; וװאָרים עס זיי- 
נען דאָרטען געווען גרויסע לוזשעס. עס זיינען געלעגען קלאך- 
קעס. מען האָט באדארפט נעהן פאָרזיכטינ. 

פון אלע זייטען זיינען נאָך מיר נאָכנעלאָפען ארעמע לייט. 
איך האָב שוין געהאט אָננענרייט פולע קעשענעס מיט פאַרשי- 
דענע מטבעות, קופּערנע און זילבערנע, אַ חוץ פּאַפּיר געלט. 

איך בין צונעקומען צו אַ נרויספען בית המדרש. אינוע- 
ניג איז ער געווען פול מיט חסידים. עס איז ניט געווען אוים- 
געראַמט, און די לופט איז געווען אַ שווערע. איינינע אידען 
זיינען אומנענאנגען, זאָנענדינ עפּעס שטילערהייד. אַנדערע שויי- 
גענדיג. ווידער אַנדערע האָבען געשמועסט, 

צוויי פון די חסידים האָבען זיך אָפּגעזינעלט אין מיין זכרון 
מיט דער נערוועזער אומרוהינקייט פון זייערע באװעגוננען. זיי 
זיינען ארומגענאננען, ביידע צוזאמען, זאנענדיג אָדער זינגענ- 
דיג עפּעס מיט א שטילען נגון. זיי זיינען געגאַנגען ניט גיך. 
זייערע קערפּערס און נעזיכטער האָבען אָבער אויסגעדריקט איילע- 
ניש, האסט, אָננעשטרעננטקייט, אומנעדולד,. מיר האָט זיך נע- 
דוכט, אז זיי זיינען עלעקטריזירט סיט אַ רעליניעזער באנייס- 


ווידער אין איוראָפאַ 11 


טערוננ, וועלכע זיי ברענען אין זיך פארנאַנדער מיט זייער איי- 
גענעם ווילען, און וועלכע זיי סטארעווען זיך צו דערזעלבער צייט 
צו אונטערדריקען, כדי עס זאָל ניט אויסקומען, אז זיי פיינען זיך 
אויס מיט זייער התלהבות. / 

2 ** * 


אום צו זעהן דעם רבי'ן, מוז מען, נאַטירליך, פריהער צו" 
קומען צום הױיפּט גבאי. דאָ אין דעם בית המדרש האָב איך 
איהם געפונען. פון אַלץ, וואס איך האָב זיך אָנגעהערט ועגען 
די גבאים, װאָס שפּילען די ראָלע פון , הויפּט מיניסטאָרען" ביי 
די חסידישע רביים, האָט זיך ביי מיר צוזאמענגעשטעלט דער 
פאַלגענדער פּאָרטרעט; א איד, װאָס פארשטעהט אן עסק, אַ איך 
מיט כאַראַקטער, מיט סמנים פון אַ צופרידענעם לעבען אוים'ן 
פּנים און מיט א כיטרען קוק אין זיינע אוינען, געהענדיג צום 
גבאי, האָב איך זיך נעקלערט: געועהנליך קומט אַלץ אויס 
פאַרקערט, װוי מען ערװאַרט. אלזאָ, װועט מסתמא דער נבאי אויך 
זיין ניט װי דאָס בילד, װאָס איזן אויפנעמאָלען אין מיין גע-י 
דאַנק, מיין ערווארטונג אין אָבער ניט מקוים געװאָרען. דער 
גבאי איז געװוען, פּונקט וי איך האָב זיך איהם פאָרגעשטעלט : 
אַ געזונטער, אַ נוט-געשפּייזטער איד מיט רויטע באַקען און מיט 
אַן אויסדרוק פון פּראַקטישען שכ? אויפ'ן פּנים. ער האָט נע- 
טראָגען א גרויסע פוטערנע היטעפ, 

ער איז געשטאַנען און געשמועסט מיט אימיצען. 

איך האָב זיך פאָרנעשטעלט פאַר איהם. איך האָב געזאָגט 
מיין ריכטינען נאָמען, אָבער ניט דעם ריכטינען פּלאַץ, פון ואַ- 
נען איך קום. איך האָב געהערט, אז אין דעם בעלזער , הויף" 
איז מען צו אידישע צייטונגען ניט זעהר גנעדיג. (מסתמא האָט 
אַ אידישע צייטונג איהם אַטאַקירט)., אַלזאָ, קאָב איך געגלויבט, 
אַז פאָרצושטעלען זיך אַלס רעדאַקטאָר פון ,פאָרווערטס? איז קיין 
פּלאַן ניט. זיך אַרױסגעבען אָבער פאַר אַ געשעפטס-מאַן װאָלט 
אויך ניט געווען קיין פּלאַן. לויט דעם, װאָס איך האָב געהערט 
פון מיין מיטרייזענדען, דעם מאַן פון אונגאַרן, האָט מען אין 
,הויף" וועגען ביזנעס געוואוסט אַ סך מעחר װווי איך. אַלזאָ, ווען 
איך זאָל פּרואווען שפּילען די ראָלע פון אַ סוחר, װעל איך מאכען 


159 בלעטער פון מיין לעבען 


אַ שלעכטען איינדרוק. קורץ, איך האָבֿ נעפיהלט, אז עס װעט 
זיין באַקװעמער צו קומען אַלס א זשורנאַליסט, און אוב צו 
זיין אַ אידישער צייטונגס-מענש לוינט זיך אין בעלז נִיט, װעל 
איך זיך ערקלעהוען פאַר א קאָרעספּאַנדענט פון ענגלישע צִיו- 
טוננען. 

איך נגעדענק ניט, וי אזוי דאָס איז אויסגעקומען, -- איך 
האָב זיך פאר דעם גבאי פאָרגעשטעלט אלס א איד, וואס וואוינט 
אין ענגלאנד און איזן פאַרבונדען מיט ענגלישע צייטוננען אין 
נין יארק, אַלס זייער לאָנדאָנער קאָרעספּאַנדענט, 


דער נבאי האָט מיך באַקוקט מיט זיינע קלונע אוינען און 
האָט מיך גענומען אויף אַ שטרענגען קרייץ-פאַרהער. די מעשה, 
װאָס איך האָב איהם דערצעהלט, אין אָפּגעגאַנגען גלאַט. איך 
האָב מיין ראָלע געשפּילט אויף אַן איבערצייגענדען שטייגער, 
און עס האָט געווירקט. פאר דעם אידען, װאָס אין א קאָרעס- 
פּאָנדענט פון ענגלישע צייטונגען וועלכע געהען אַרױס אין אַמע- 
דיקא, האָט דער גבאי געהאַט רעספּעקט. ער האָט מיט מיר גע- 
נומען ריידען מיט זעהר א פריינדליכען טאָן. 

עס זיינען צוגעקומען אַנדערע חסידים, אַלע אין הויכע פו- 
טערנע היטלען, און אַלע האָבען זיי מיר גענומען שטעלען 
פראנען. 

--- פון לאָנדאָן ? 

-- אַ קאָרעספּאַנדענט ? 

--- פון אַמעריקאַנער צייטוננען, אָבער ניט קיין אידישע ? 
וועלכע? עננלישע? 

--- פון לאַנדאָן, ניט פון אמעריקא 4 אין אמעריקא רעדט 
מען דאָך עננליש, גיט אמת 4 / 

איין איד האָט זיך געפרענט, צי איך קען יעקב נאָרדינ'ען, 
וועלכער האָט באַזוכט בעלז מיט עטליכע יאָהר פריהער. 

איך האָב איהם געזאָנט, אַז ער איז שוין דריי יאָהר טױט. 

--- ברוך דין אמת, -- האָט ער געזאָגט מיט אַ פרומער 
איבערראשונג. --- אַ שעהנער מענש געווען. אָבער ס'אַראַ נע- 
שעפט פאַר אידען! שרייבען מעשות פאַר טעאַטער! פע! 


ווידער אין אייראָסאַ 188 


דער נבאי האָט נעמאכט אַן אומצופרידענע מינע, אזוי וי 
איינער זאָנט: ,רעדסט צופיל!" 

איך האָב דעם נבאי פאָרנעלענט אַן אמעריקאנער פינף- 
דאָלער בי?, ער האָט אָבער ניט גענומען, 

-- דאָס דאַרף מען ניט, -- האָט ער געזאַנט, אַוועקמא- 
כענדיג דעם פּאפּירעל מיט'ן האַנד. 


פֹּ 


אין דעם רבינ'ס הויז. -- דעם רבינ'ס סוויטע. --- דער רבי, 
-- אונזער געשפּרעך. 


איך געדענק ניט די איינצעלהייטען, נאָר מען האָט מיך 
אריינגעפיהרט צום רבי'ן אין שטוב. די טיר הינטער מיר האָט 
מען נלייך פאַרשלאָסען, און דערביי האָט מען מיר ערקלערט, אז 
ווען מען זאָל איהר לאָזען אָפען, װאָלטען זיך אַרייננעכאפט 
אלערליי מענשען, --- דער נאָך אַן עצה, דער נאָך אַ רפואה, דער 
נאָך אַ תפילה. 

אין דער אַנטקענענדינער װאַנט איז געווען נאָך א טיר. 

דעם הויפּט נבאי האָב איך מעהר ניט געזעהן. איך האָב זיך 
געפונען אין א גרויסען צימער, װאָס האָט אויף מיר צוערשט 
נעמאכט דעם איינדרוק פון אַ פאָר-צימער, דארטען זיינען אָבער 
געשטאַנען צוויי בעטען, וועלכע זיינען געווען טיילוויין פארהאנ- 
גען, און, װוי מען האָט מיר שפּעטער ערקלערט, איז דאָס געווען 
דעם רבינ'ס און דער רביצין'ס שלאָף-צימער. איך האָב גע- 
דארפט װאַרטען, האָב איך דערווייל אלץ באַקוקט. דארטען אין 
געשטאַנען א האַלב-אָפענער קליידער-שראנק, אין וועלכען עס 
זיינען געהאנגען דעם רבּינ'ס בנדים, די בעסטע זשופּיצעס זיינע, 
ווי איך האָב שפּעטער אויסנעפונען. איך בין ערשטוינט געווא- 
רען, קוקענדיג אויף זיי, אזוי אַלט און ארעם האָבען זיי אויסנע- 
זעהן; און פון דעם אַלמער האָט זיך נעהערט אַ טוכלעקייט, 
אַזױ וי מען װאָלט איהם סיינמאָל ניט אויסנעלופטערט. 

ענדליך האָט זיך די דערמאַנטע צווייטע טיר געעפענט און 
עס זיינען אַריינגעקומען דריי אידען און מיט זיי אַ פערטער. עס 
איז אויפ'ן שטע? געװאָרען דייטליך, אז דער פערטער אין דער 


14 בלעטער פון מוין לעבען 


רבי. דאָס איז געוען אַ מאַן פון א יאָהר זעכצינ, מיט איין 
אויג אין א שלעכטען צושטאַנד, ער איז געווען געקליידט װי אן 
אָרימער באַלעבאָס, ריכטינער געזאָגט, װי אן אָרעמער קלויזניק. 
ער האָט געטראָנען א פאַרעלטערטע אַטלעסענע קאפּאָטע און 
אויפ'ן קאָפּ -- אַ ספּאָדיק. די דריי אידען, נבאים, האָבען 
אויסנעזעהן נאָך ארימער וי ער,. זיי האָבען זיך אַנידערגע- 
זעצט. אזוי וי זיי האָבען מיך ניט נעבעטען זיצען, האָב איך 
אַליין גענומען אַ שטול און זיך געװאָלט זעצען. אָבער אין 
דעם זעלבען מאָמענט זיינען צוויי פון זיי צונעלאָפען צו מיר און 
מיך צונעהאַלטען פאר ביידע ארעמס, איך זאָל זיך נאָך ניט 
זעצען, ‏ איך האָב נעהאַלטען א רענע-שירם אין האַנט, האָט 
איינער פון די אידען דאָס ביי מיר צונענומען און אַװעקגעשטעלט 
אין א ווינקעל, : 

דער רבי האָט נעווישט די הענט אָן א האַנטוך און נע- 
זאָנט א ברכה. ווען ער איז פאַרטיג געװאָרען, האָם ער מיר גע- 
געבען שלום און נעבעטען זיצען. 

איינער פון די דריי נבאים האָט געהאַט אַ קראַנקען אויער. 
דער אויער אין געווען פאַרשטאָפּט מיט אַ שטיקעל לייוענט, 
אָבער ניט אינגאַנצען,. עס האָט פון איהם גערונען,. די שט" 
קע לייווענט איז געווען פארפלעקט מיט פרישע געלע פלעקען, 
שוידערליך אונציכטיג. 

דער רבי האָט צו סיר זיך נעװענדט מיט פראנען. דער 
נבאי סיט דעם קראַנקען אויער האָט זיך אין דעם נעשפּרעך 
אַריינגעמישט,. 

דעם רבינ'ס לשון איז געווען אביסעל נעשטערט. ער האָט 
ניט נעשטאַמעלט, אָבער די ווערטער זיינען ביי איהם געגאַנגען 
שווערליך, כבד-פּה'עדינ אביסעל. סמיט זיין מאַניער און מיט 
דעם שטיינער פון זיין ריידען האָט ער אָבער אויף מיר געמאַכט 
א נוטען איינדרוק, און וי וייט איך האָב נעקענט אורטיילען 
אין דער האַלבער שעה, וואס איך האָב פארבראכט ביי איהם, האָב 
איך באַקומען די מיינונג, אַז ער איז אַן אויפריכטינער טאֶל- 
קאָווער מענש, און ווירקליך מיט ערפאהרונג. אָבער אַלץ אויף 
אַ נאַנץ פאַרצייטינען זעהר אונוויסענדען שטייגער, 


ווידער אין אייראָפּאַ , 188 


עס האָבען זיך באַוויזען צוויי איננעלעך, דעם רבינ'ס אייניק- 
לעך, איינער פון אומנעפעהר צעהן יאהר, און דער אַנדערער פון 
אַ יאֶהר צװעלף. ביידע האָבען נעטראנען יארמולקעלעך, און 
ביידע זיינען געווען מיט פּאה'לעך. זיי זיינען געזעסען די גאַנ- 
צע צייט, װאָס מיר האָבען גערעדט, און זייערע שווארצע אוי- 
געלעך האָבען זיי ניט אַראָפּנענומען פון מיר, --- אָבער מיט דרך 
ארץ, שטיל, , סטאטעטשנע". 

--- פון . װאַנען זייט איהר ? --- האָט דער רבי ביי מיר נע- 
פרעגט מיט פריינדליכקייט און רעספּעקט, און צו דערזעלבער צייט 
אויך מיט אַ טאָן פון אַ מענשען, װאָס איז צונעוואוינט רעס- 
פּעקט צו באַקומען אַ סך מעהר וי צו נעבען. דאָס אַלץ האָט 
זיך אָבער אַרויפגעוויזען אויף אַ מילדען שטיינער,. זעלבסט- 
באַוואוסטזיין, ערנייץ אָדער הערשאַפטס-נייסט האָט זיך ניט גע- 
זעהן. | 

--- פון לאָנדאָן, --- האָב איך געענטפערט. 

--- מ'האָט מיר נעזאָנט, אז איהר שרייבט אין די צייטונ- 
גען אין נין יארק,. איהר ואוינט אין לאָנדאָן, און שרייבען 
שרייבט איהר אין ניו יארק. וי הייסט? 

איך האָב איהם ערקלערט, אז איך בין אַ קאָרעספּאָנדענט, 
אז מיינע ארטיקלען שיק איך דורך פּאָסט, אויף דעם האָט ער 
צונעשאָקעלט מיט'ן קאָפּ, אזוי װוי איינער זאָנט: ייא, יא, 
דאָס פארשטעהט מען שוין. איהר מיינט, איך פאַרשטעה 
ניט ?9" 

--- אין ענגלישע צייטוננען ? 

--- יא, אין עננלישע. 

--- אין עננלישע צייטוננען! -- האָט ער איבערנעזאַנט מיט 
דרך ארץן,. --- איהר זייט דאָך אָבער אַ איר, וי אַלֶע אידען, 
ניט אמת ? | 

--- געוויס בין איך אַ איך וי אַלע אידען, אָבער אין 
עננלאנד וואוין איך שוין לאנג. 

--- און פון װאַנען זייט איהר אַליין ? 

--- פוֹן ווילנע, 

--- ווילנע?. אַ אידישע שטאָרט! א פיינע שטאָדט! 


16 בלעטער פון מוון לעבען 


איך האָב גענומען פרעגען וענען זיין שטאַנדפונקט צו 
פּאָליטישע פראנען. אין נאַליציען האָם זיך אימער געהאַנ- 
דעלט וענען דעם, צי אידען זאָלען ביי די װאַהלען שטיצען 
די פּאַליאקען אָדער די רוטענער. אלזאָ, אין מיר געװען איג- 
טערעסאַנט צו וויסען, װאָס ער האָט צו זאָגען װעגען דעם 
ענין. דעם אמת זאָנענדינ, איז מיר געווען טשיקאַװע אַז א פאר" 
צייטינען אידען פון דיזען טיפּ זאָל מען אַזעלכע פראנען נאָר 
שטעלען,. מיין אינטערוויו מיט איהם איזן מיר אויסנעקומען, וי 
א מין שפּאַס. און ער האָט ווירקליך פון פּאָליטיק, אין דעם 
וויכטיגערען זין פון װאָרט, געוואוסט גאַנץ וייניג, אָבער דאָך 
מעהר, וי איך האָב ערװואַרט, 

--- איך חייס די אידען נעהן מיט דער רענירונג, --- האָט 
ער געזאָנט. (ער האָט געמיינט די אַלגעמיינע עסטרייכישע רע- 
גירונג, די הערשאַפט פון דעם טראָן). --- אונזער מלוכה איז גוט 
צו אידען, דארפען מיר שטעהן מיט דער מלוכה. די ציוניס- 
טען ווילען, אז מיר זאָלען זיך שטעלען אנטקענען איהר. זיי 
זאָנען אלץ, אז אידען דאַרפען ווייזען מוט, און מיר זאָגען, אז 
דאָס אַלץ איז פּאָליטיקע. ווען עס װועט קומען די צייט, אן מען 
וועט דארפען ווייזען מוט, וועלען מיר ווייזען מוט. די ציוניסטען 
האָבען זיך זייער פּאָליטיקע, און מיר האָבען זיך אונזערע. אונ- 
זער פּאָליטיקע איז היינט, אזן אידען דאַרפען האַלטען נעבוינען 
דעם קאָפּ (דערביי האָט ער געבראַכט א באקאנטע נמרא, וואס 
זאָנט, אַז אידען דארפען דעם קאָפּ האַלטען אַראָפּנעלאָזען). 

--- מען זאָנט, אז מיר האַלטען אלע מאָל מיט די פּאַליאקען, 
וויי? זיי זיינען די שטאַרקערע. דאָס איז ניט אמת. סיר מי" 
נען נאָר, אז עס זאָל זיין בעסער פאר אידען. ווען מיר זאָלען 
וויסען, אז פאר אידען איז בעסער צו נעהן מיט די רוטענער, 
וועלען מיר ביי די װאַהלען שטיצען אידישע קאַנדידאטען, וואס 
זיינען פּאַר די רוטענער. מיר האָבען איין כל?;: טאָן דאָס, וואס 
איז בעסער פאר אידען. 

ריידענדינ וועגען ציוניזם אין אַלנעמיין, האָט ער געזאָנט: 

--- זיי מאַכען קאַליע די אידישקייט. זיי מאַכען אידישע 
שולען, וואו מען לערענט נויאישקע למודים. זיי, די ציוניסטען, 


ווידער אין אווראָמאַ 17 


זאָגען, אז אַ נוטער פּאַליאק דאַרף ניט דוקא זיין א גוטער קאַ- 
טאָליק,. מיט דעם וילען זיי באַוייזען, אז מען קען זיין אַ 
טרייער איד און ניט האלטען פון אידישקייט. איך זאָג אָבער, 
אַז א איד, װאָס האַלט ניט פון אידישקייט, אין קיין איד ניט. 

ער האָט נעפרענט וועגען אַמעריקא. פיין איינדרוק אין נע- 
ווען, אז קיין דייטליכען באַגריף, אַז ענגלאנד און אמעריקא זיי- 
נען ווייט איינע פון דער אַנדערער, האָט ער ניט געהאַט. איך 
האָב געזאָנט, אזן איך בין אין אמעריקא געווען עטליכע מאָל, 
האָט ער ביי מיר געפרענט ווענען אונזערע אידישע אימינראנטען, 
און דערביי האָט ער געמאַכט אַזאַ באַמערקונג; 

--- פון מיינטווענען װאָלט קיין אימינראַציע ניט געדאַרפט 
זיין, װאָרים די אימינראַנטען פאַרלאָזען דעם אידישען גייסט, 
(דאָס זיינען געווען זיינע װערטער; און אין מיינע נאָטיצען 
פון דיזען געשפּרעך אין פארצייכענט א באמערקונג: , דעם 
אויסדרוק 'אידישער גייסט' האָט ער מסתמא געהערט פון וועמען 
עס איז, און ער אין איהם נעפעלען נגעווארען, ווארים ער האָט 
איהם געברויכט ווידער און ווידער). די אימינראַנטען פאָהרען 
קיין אמעריקא זיך זאָרנען וװענען דעם נוף, מען פארלאָזט די 
ווייב, מען לעבט מיט אַנדערע, אלץ מעג מען. 

ער האָט געזאָנגט א פֹּאָר ווערטער ועגען רוזוועלט'ן. ער 
האָט איהם געלויבט. אָבער קיין קלאָרען באַגריף וועגען איהם 
און זיין פּאָליטיק האָט ער ניט געהאט, 

אום אָנצוהאַלטען דעם נעשפּרעך, האָב איך געפרענט, פון 
וואנען ער ווייס דאָס אלץ, און צי לעזט ער צייטוננען. דערביי 
האָט דער אַדיטאַנט מיט דעם קראנקען אויער זיך אָפּנערופען: 
ניין, דער רבי לייענט ניט קיין צייטוננען. קיין צייטונג קומט . 
אין שטוב ניט אריין", 

אוים'ן טיש איז געלענען אַ נמרא, האָט דער רבי מיטן 
פינגער איהר א טאַפּ נעטאָן און געזאָנט: 

--- ווען מען פאַרברענגט גאַנצענע טעג אויף אַזעלכע שווערע 
ענינים, האָבען דאָך שוין די קלענערע זאַכען קיין ווערט ניט, 
זיי דאַרף מען גאָרניט לערנען,. מען פאַרשטעהט זיי שוין פון 
זיך אַלין. יי 


108 בלעטער פון מוון לעבען 


ריידענדיג וועגען אַמעריקא א צווייטען מאָל, האָט ער ביי 
מיר געפרעגט, פון וואנען איך ווייס אזוי פיל, וואס עס טוט זיך 
דאָרטען,. דאָס װאָס איך האָב איהם געזאָנט, אן איך בין אמע- 
ריקא געווען עטליכע מאָל, האָט ער פאַרגעסען,. וי עס האָט נע- 
שיינט, האָט דאָס אויף איהם קיין איינדרוק ניט געמאכט. וװע- 
נען דעם אונטערשיד צווישען עננלאנד און אמעריקא האָט ער 
איבערהויפּט ניט נעהאט קיין קלאָרען באַנריף. יבאַלד אז צווי- 
שען זיי ליגט אַ נרויסער ים, טאָ וי אזוי בין איך דאָ אין ענג- 
לאַנד און דאָ אין אמעריקא ? וענען דעם איז ביי איהם אין 
מח געווען אַ טומאַן. 

--- ערשטענס, לייענט מען אין די צייטוננען, און צויי" 
טענס, קומט מיר אויס אין מיין געשעפט צו זיין אין אמעריקא 
פון ציוט צו צייט, --- האָב איך ווידער ערקלערט. 

איך האָב איהם דערצעהלט ווענען די אידישע ארבייטער אין 
אמעריקא, וי זיי זיינען אָרגאַניזירט, ,, כדי מען זאָל זיי ניט אִפַּ- 
נאַרען, מען זאָל זיי ניט באַשװינדלען", װי איך האָב זיך אויס- 
נעדריקט, : 
--- זיי מאַכען סטרייקס? --- האָט ער געפרעגט. -- װאָס 
ווילען זיי? מען זאָל זיי צאָהלען מעהר שכירות 4 קיין עולה 
ניט! עס אין א יקרות. אין אמעריקא אין אויך א יקרות ? 
מען ארבייט דאָרטען צו שווער, ניט אמת ? 

-- יא, עס איז אמת. 

איך האָב געפּרואװוט פון איהם ארויסקרינען א מיינונג 
ווענען קאַפּיטאל און ארבייט, ווענען רייך און אָרעם,. דאָס אין 
אָבער אונמענליך געווען. אויף סמיין ערשטער פראנע אין דיזער 
ריכטונג האָט ער נעענטפערט אוי: 

--- אַלַע זיינען קינדער פון דעמזעלבען רבונו של עולם. 
ווען אן ערליכער איד האַלט אַ פאַבריק, צאָהלט ער גוטע שכירות, 
און ווען אַ איד פּיינינט זיינע בעל מלאכות, איז ער אַ רשע. ער 
האָט ציטירט א פּסוק אדער אפשר אַ שטיקעל נמרא, אז מען דארף 
גוט באהאנדלען א פּועל. 

דאָס אין שוין געװװוען דער דייטליכסטער ענטפער, וואס 
איך האָב פון איהם נעקענט אַרויסקרינען אין באצונ צו דער 


ווידער אין אייראָפּאַ 189 


ארבייטער פראנע. איך האָב איהם דאָס זעלבע נעפרענט אין 
אַנאַנדער פאָרמע, טאָמער װוע? איך איהם אין דעם ענין אריינ- 
ציהען טיפער אַביסעל,. ער האָט זיך אָבער ניט געלאָזען. מען 
האָט געקענט זעהן, אַז ער האָט אַן אינסטינקט, וועלכער וייזט 
איהם, וואו פאר איהם לוינט זיך בעסער זיך אַרויסצודרעהען פון 
אן ענטפער. און ער האָט געהאַט א סך ערפאהרונג אין דיזער 
הינזיכט. מענשען פון פאַרשידענע קלאַסען האָבען מיט איהם 
גערעדט, געזוכט איהם אַריינצופּלאָנטערען אין ארויסזאָגען א מיי- 
נונג וועגען פאַרשידענע געפעהרליכע ענינים. אלזאָ, איז ער שוין 
געווען געניט און פלינק אין נעבען ענטפערס, װאָס ענטפערען 
ניט. 

און דאָך, נאָך אַלעמען, האָט ער אויף מיר ניט געמאַכט 
קיין איינדרוק פון א כיטריאק. פארקערט, ער אין מיר זאָגאר 
געווען סימפּאַטיש. ווען ער װאָלט געווען א נעשייטער, אביסעל 
אַ פאַלשער, װאָלטען איינינע אידען, ווענינסטענס, איהם ניט ליב 
געהאט,. און, וי ווייט איך האָב נעקענט אויסנעפינען, האָבען 
איהם אַלע אמת געליבט, ניט נאָר מיט זייער אַבערגלױבערישער 
ליבע צום , געטליכען מאַן", נאָר פּשוט אלס אַ מענשען אויך. 


ווען מיין וויזיט האָט זיך געענדינט, האָט איינער פון די 
דריי גבאים מיך באַנלײיט צום אַרױסגאַנג. ‏ ער האָט אָפּנע- 
שלאָסען די טיר, דערביי האָט זיך אַ שפּאַר נעטאָן א נגרופּע 
אידען, וועלכע האָבען געװאַרט פון דרויסען, טאָמער וועלען זיי 
קענען אַריינקומען װי עס איז. מען האָט זיי אָבער ניט אריינ- 
געלאָזען. 


6 
געשפּרעכען מיט חסידים אויפ'ן נאַם, 
פון דרויפען האָבען זיך אלערליי מענשען א לאָז נעטאָן צו 


מיר מיט אויסגעשטרעקטע הענט., 


איך האָב זיך אָפּנעשטעלט אָן א זייט צו פארצייכענען מיין 
אינטערוויו מיט'ן רבי'ן און אַלץ װאָס עס האָט פּאַסירט דערביי. 
די בעסענדע האָבען מיך ניט אונטערבראכען. זיי האָבען מיט 


10 בלעטער פון מוון לעבען 


רעספּעקט און מיט נייגערינע בליקען געקוסט, װוי איך שרייב 
אין מיין נאָטיץ ביכעל. 

ווען איך בין פאַרטינ נגעווארען, האָב איך צווישען זיי צו" 
טיילט א היבשע צאָהל? מטבעות און האָב זיך נעלאָזען נעהן 
צוריק צו מיין אכסניא, שפּאַנענדיג איבער די קלאדקעס, װאָס 
זיינען געלעגען איבער די לוזשעס און בלאָטעס. 

די צאָה? פון די אידען, װאָס האָבען געבעטען שטיצע, אין 
געוואקסען,. יין , סטאַק?" מטבעות אין ענדליך אױסנעשעפּט 
געווארען, איך האָב ערקלערט, אז איך האָב ניט מעהר, און אז 
שפּעטער, ביי דער אכסניא, װעל איך געבען די איברינע. איך 
האָב זיך ביי זיי נעבעטען, זיי זאָלען מיך לאָזען געהן אַליין. 
עס אין מיר אָנגעקומען ניט לייכט. איך האָב אָבער ענדליך נע- 
פּועל'ט, מען זאָל נאָך מיר ניט נאַכלויפען. נאָר איין אויסנאַמע 
אין געווען -- אַ שטומער,. ער האָט ניט פאַרשטאַנען מיינע 
וואונקען, און ער האָט מיך ניט אָפּנעלאָזען. ער איז נאָך מיר 
געגאנגען דורך דעם נאַנצען פּלאָנטער פן זומפּיגע געסלעך און 
זאוואולקעלעך, נאָכיאָנענדיג זיך נאָך מיר און שרייענדיג צו 
מיר אויף זיין נערוועזדמאַכענדען שטומען שטיינער. וען איך 
האָב דערגרייכט די אכסניא, האָב איך ביי דעם באַלעבאָס געקרא- 
גען מטבעות און איהם צופרידעננעשטעלט. 

שפּעטער זיינען אין מיין צימער אריינגעקומען דער בא- 
לעבאָס און זיין זוהן און א פּאָר שכנים, דאכט זיך. אלע האָ- 
בען זיי געפרעגט וועגען מיין באַזוך ביים רבי'ן. עס האָט זיך 
אָנגעזאַמעלט אן עולם, און איך װעל קיינמאָל ניט פארגעסען 
דעם באַנייסטערטען פּנים פון א מיטעל-יעהריגען אידען, בשעת 
איך האָב דערצעהלט, וואס דער רבי האָט געזאָגט. 

--- ער האָט אַ ריין מויל, פארשטעהט איהר מיך, -- האָט 
ער זיך אָפּנערופען, --- זיינער א װאָרט איזן ניט מיינער א 
װאָרט. װאָס ער רעדט, װוערט מקוים, 

עפּעס האָט ער דערנאָך גענומען דערצעהלען װעגען דעם 
טריסקער רבי, אז יענער איז נאָר אַ היילינער מאַן, א מין גאָט. 

--- ער עסט ניט און שלאָפּט ניט, דער טריסקער. אין דען 
א חידוש, אז אזא מענש קען איבערקערען װועלטען? 


ווידער אין אייראָמאַ | 101 


דער באַלעבאָס און אַנדערע פון די אנוועזענדע האָבען איהם 
איבערנעשלאָגען די רייד מיט לויב-געזאנג צו דעם בעלזער, ביז 
| ענדליך האָבען זיי איהם איבערגעשריען, 

דער חסיד, װאָס איז געווען באַגײיסטערט פֿאַר דעם טריסקער, 
האָט דערנאָך ביי מיר נעפרעגט: 

--- איז עס אמת, אז אין אמעריקא עסט מען שלוש סעודות 
ביי זיך אין שטוב, ניט אין שטיבעל? 

איך האָב מודה געווען, אז עס אין אמת. און אויף דעם 
האָט ער אויסגעשריען מיט סארקאסטישען ניפט: 

--- היינט וואס פאר א טעם קען דאָס האָבען? וואס האָט 
איהר דארטען, טעאַטער? זיננען און עסען שלוש סעודות ביים 
רבינ'ס טיש איז דאָך דער גרעסטער מאכ?, װאָס אין טעאַטער ? 
א גוי פארשטעלט זיך פאר א אידען, און אַ איד פאר א גוֹי, אן 
אַלטער פאר א יונגען, און אַ יונגער פאַר אַן אַלטען, א שעהנער 
תענוני.. 

שפּעטער, אין אַװענט, איז אַרייננעקומען א האַלב-אינטע- 
ליגענטער איד, וועלכער האָט מיך פאַראינטערעסירט מיט זיינע 
קלונע רייד. ער האָט אויף מיר ניט געמאכט דעם איינדרוק פון 
א מענשען, וואס לאכט אפּ פון רבי'ן. פארקערט, ער האָט ווע- 
גען איהם גערעדט מיט אמת'ן רעספּעקט. מיר האָט זיך אָבער 
געדאכט, אז ער רעספּעקטירט דעם רבי'ן, וויי? ער איז געוואוינט 
אזוי, --- װי א איד, למשפ, וואס אין שוֹין לאנג ניט רעליגיעז, 
קען אַלץ ניט פאַרזוכען קיין טריפה. 

ער האָט מיר דערצעחלט ועגען די פאַרשידענע סאָרטען 
,יושבים". דאָס זיינען חסידים, װאָס בלייבען זיצען ביים רבי'ן. 
איינער איזן א פוילער, זיצט ער פּשוט, ווייל אויף דיזען ארט 
פֿאַרשפּאָרט ער צו דאַרען דעם מוח װענען פּרנסה. זאָל די 
ווייב ווענען דעם דאנה'ן ! ביים רבי'ן עסט ער פון פאַרטיגען, 
זינגט און דערצעהלט זיך מעשות מיט די אַנדערע יושבים. אן 
אנדערער האָט אַ ווייב א צרה, אנטלויפט ער פון איהר, 

דערנאָך איז אריינגעקומען אַ איד, װאָס האָט אין זיין 
שפּראַך געברויכט אזעלכע ווערטער וי , קאַפּאַציטעט? און , אב- 


109 בלעטער פון מיין לעבען 


פטראַקט",. ער האָט מיר פארטרויט אַ סוד, אז ער רויכערט אום 
שבת, אָבער אַז אין דעם רבי'ן גלויבט ער, 

--- וי אַזױי פּאָרט זיך דאָס? -- האָב איך נעפרענט. 

--- ביי מיר איז דאָס ניט קיין פּשוט'ע אמונה, --- האָט ער 
ערקלערט, --- ס'איז אַ העכערע מדרנה פון אמונה,. אויב איך 
רויכער אום שבת, איז דאָס נענען דער פּשוט'ער אמונה, די 
נשמה הויבט זיך אָבער אויף צו די העכערע מדרנות און דארטען 
האָט די געוועהנליכע תורה מיט די נעוועהנליכע מצוות און 
עבירות קיין ווערדע ניט. 

איך האָב איהם נגעזאָנט, אַז זיין ענטפער איז מיר ניט פֿאַר- 
שטענדליך. אויף דעם האָט ער באַמערקט: 

--- אַז איהר װאָלט זיך דאָ באַזעצט ביי אונז און אָפּנע- 
וואוינט עטליכע װאָכען, װאָלט איהר שוין פארשטאנען. מיט'ץן 
הערען אליין קען מען אזעלכע זאכען ניט באַנעמען. 

וי ווייט איך האָב דערנאָך נעקענט דערנעהן, האָבען די 
חסידים אויף איהם נעקוקט וי אויף אַ האַלבען משונענעם. 

שוין נאָר שפּעט ביינאַכט איז ארייננעקומען אַ איד און האָט 
ערקלערט, אז אזוי װוי איך וי? וויסען װענען די פא-שידענע 
יושבים, וואס פאר א מענשען זיי זיינען (אימיצער האָט איהם 
אזוי געזאָגט), קען ער דאָס מיר אַלץ ערקלערען פאר עטליכע 
נולדען. מיר האָבען זיך באַדונגען פאר איין גולדען (צוויי קראָ- 
נען), און ער האָט גענומען ריידען. ער האָט סתם נעפּלאפּעלט, 
אויה א טשיקאווען, טומעלדינען שטיינער, וועלכער האָט איהם 
אליין פאַרטומעלט דעם מוח מעחר וי מיר, ' 

--- איחר ווייסט, וואס א טיפּ אי ? --- האָב איך זיך פּלוץ- 
לונג געװענדעט צו איהם. 

--- ניין, --- האָט ער נעענטפערט, --- וואס איז דאָס אזוינס ?ָ 

--- אָט װעל איך אייך נעבען צו פארשטעהן,. איהר וילט 
מיר דערצעהלען ווענען די פארשידענע יושבים, וואס פאַר א 
סארט מענש יעדער פון זיי אין. ניט אמת? נו, אט דאָס 
הייסט, אז איהר ווילט מיר דערצעהלען, װאָס פאר א טיפ יעדער 
פון זיי אין. פארשטעהט איהר שוין, וװאָס עס הייסט אַ 
,טיפּ"? 


ווידער אין איוראָפאַ 108 


--- יאָ, איצט פֿאַרשטעה איך, 

--- נו, זאָג איך אייך, אַז דער אינטערעסאַנטסטער פון אַלע 
טיפּען זייט איהר אליין. 

איך האָב געזעהן, אַז װאָס אַ טיפ אין, פאַרשטעהט ער 
פארט נים. די צוויי קראָנען האָב איך איהם אָבער באצאָהלט, 
האָט ער צונענומען די זילבערנע מטבעות, מיר צונעוואונשען 
אַלדאָס גוטס און אין אַועק. 

עס זיינען געקומען אַנדערע חסידים. איך האָב זיך הויפּט- 
זעכליך אינטערעסירט מיט די, װאָס האָבען אויף מיר געמאכט 
אַן איינדרוק, אַזן זייער באנייסטערונג איזן אֵן אויפריכטינע, 
אַזעלכע האָב איך פאַרצייכענט דריי. 

7 


איינדרוקען פון פּשעמישל. --- בערג. -- א מאַרק מאָג. -- 
מאַלינעס. --- אָפּיצירען. -- אידען. 


פּשעמיש? איז די דריטע שטאָדט אין גאַליציען, איהר צענ- 
טער אָבער איז לעבעדיגער, וי דער צענטער פון קראקאו, איך 
האָב דאָרטען פאַרבראַכט נאָר איין טאָג, אוֹן דער אלגעמײנער 
איינדרוק, וואס אין אין מיין זכרון פארבליבען, אין, אן עס 
איז א שטאָדט פון בערג און מיליטער. 

דאָס רוב גאסען געהען ארויף און אראָפּ בארג. ווען איהר 
ווילט פון דעם צענטער צוקומען צו דעם שעהנעם שטאָדט-פּארק, 
מוזט איחר געהן הויך ארוֹיף באַרג; אויב איהר וילט געהן 
צום מארק, מוזט איהר ווידער געהן ארויף באַרג. פילע נאסען 
זיינען זעהר משופּע. איך האָב נעזעהן, וי זעהר אלטע פייט 
שטייגען איבער זיי. ‏ עס אין זיי טאקע שווער געווען. 

דער אידישער קװאַרטאַל איז אין רעכטען מיטען שטאָדט, 
אַזױ װוי אין לעמבערג, און אַזױ ווי אין לעמבערג איז רי בעסטע 
גאס פו? מיט אַ נעמישטען עולם פון פארצייטינע חסידים מיט 
היינטינע פראנטען און אפיצירען, אָפיצירען אָהן א צאָל,. פּשע- 
מיש? האָט אַ שטאַרקע פעסטוננ, וועלכע איז געווען איינע פון די 
וויכטיגסטע אין דער דאמאלסדינער עסטרייכישער אימפּעריע. האַ- 
בען דאָ מיליטערישע קליידער געפינקעלט אויף טריט און שריט, 


14 / בלעטער פון מיין לעבען 


איך האָב אין מיין ביכעל פאַרצייכענט, אַן פּשעמישלער 
אַיינוואוינער באַװענען זיך מיט מעהר ענערגיע, וי די מענשען 
אין קראַקאָן און לעמבערג, און אַז זייערע געזיכטער לייכטען מיט 
לעבענס-לוסט. מענליך, אז דיזער איינדרוק האָט נעשטאַמט פון 
דעם וואונדער-שעהנעם וועטער, וואס איך האָב דאָרטען געפונען. 
עס איז געווען חייס, אָבער ניט אונאנגענעם. די הויך ליגענדע 
בערגערינע שטאָדט האָט געאָטעמט פריי און לופטיג. און וען 
איך בין ארויף אויפ'ן בארג, וואו דער פּארק לינט אױסגעשפּרײיט 
זי אַ גז-ערן, האָב איך זיך דערמאַנט אָן אונזערע קעטסקילס. 
גאַנץ פּשעמישל? האָט אַ קעטסקי? לופט. 

אין אזא טאָג, אין אזא לופט קוקט דער בעאָבאַכטער נאָר 
מיט אנדערע אוינען. 

* * א 

ביי דעם ברענ מארק, לעבען אַ קליינעם פּארק, געפינט זיך 
אַ קליינער פּאַװיליאָן, אויף עטליכע טרעפּ אַרויפצונעהן, מיט 
אַ פּלאַטפאָרמע און אַ דאַך. אויף דער פּלאטפארמע זיינען גע- 
שטאַנען טישלעך מיט שטולען. דאָס האָט געהערט צו א צו- 
קערניע, וואס איז געשטאַנען דאָ דערביי. אין דעם פריהמאָרגען, 
ווען איך האָב באזוכט דעם פּלאַץ, שפּאצירענדינ דורכ'ן שטאָדט, 
איז דער פּאַוויליאן געווען פול מיט קונדען. מען איז געזעסען 
ביי נלעזער קאַװע, טיי, איין קרים (געפראָרענעס), שיסעלעך 
זויער-מילך מיט שװאַרץ ברויט, טעלער מיט צוקער-געבעק. 

דער מאַרק איז געווען אין פולען נאנג. ער האָט דערגרייכט 
ביז'ן פּאַװיליאָן און האָט איהם אַרומגעריננגעלט פון צויי זיי- 
טען, פילע פון די פּויערטעס זיינען מיט זייערע סחורות נעזע- 
סען אונטער די, װאָס האָבען אויבען אין דעם פּאַיליאן געמיט- 
ליך געטרונקען אָדער נענעסען ביי די טישלעך, 

די מארק-סצענע איז געווען אַבסאָלוט ניט-אַמעריקאַניש. 
עס האָט פון איהר געאָטעמט מיט מיין אַלטער היים, זואו אין 
מיינע גאַנץ יונגע טעג האָבען מיינע עלטערען געוואוינט לעבען 
אַן עהנליכען מאַרק (זעה ערשטען באַנד, פּיידזש 211). דער 
פּאַװיליאָן איז געווען אַן אויסנעצייכענטער בעאָבאַכטונגס"-פּלאַץ. 
ער האָט מיך א ציה געטאָן, װי א מאַגנעט. 


ווידער און אייראָמאַ 109 


איך בין ארויפגענאננען. גראָד האָט זיך אין יענעם מאָמענט 
באַפרייט אַ טישע? אין אַן אָרט וואו אונטען האָט געקאָכט מיט 
האַנדעל, איך האָב באַשטעלט אַ גלאָן טיי. דער מאַרק אין גע- 
ווען אױיסגעשפּרײט פאַר מיינע אוינען -- אראָפּ-באַרג צו, 

עס איז געווען א טאָג פון מאַלינעס (ראזבעריס), די פּוֹיער- 
טעס האָבען זיי יענעם פריהמאָרנען געבראכט אין שטאָדט צום 
ערשטען אָדער צווייטען מאָל. פון אַלע זייטען האָבען זיך גע- 
רויטעלט בערג מיט מאַלינעס, -- עמערס, צעבערס, טעפּ, קענד- 
לאך, אֶנגעפִילְט מיט זאַפטינע, געשמאַקע מאַלינעס. פּאָזימקעס 
(פטראָבערים) איז אויך געווען גענוג, אָבער ניט אַזױ פיל, וי 
מאַלינעס.. אויך האָבען זיי שוין ניט אויסגעזעהן אזוי פריש. 
שהחינו האָט מען אויף זיי שוין לאננ געמאכט. מיט איינינע 
װאָכען צוריק זיינען זיי נעווען די יחסנים. אָבער קיין זאך אין 
ניט אייביג,. א דור ארויף, א דור אַראָפּ. איצט אין די מאַלינע 
געווען די קעניגין פון דעם מארק, 

ערטערווייז האָבען זיך נעזעהן שוין אויסגעליידינטע עמערס. 
די מאַלינעס, וואס מען האָט אין זיי געבראכט, זיינען שוין געווען 
פארקויפט. אלץ, װאָס פון זיי אין געבליבען, איז געװוען א 
רויטע פּוסטקייט און אַביסעל רויטע סאָק ביים דעק, וי סליא- 
דען פון א בלוטינער אָפּעראַציע. 

די פּויערטעס -- דיזעלבע אדער אנדערע -- האָבען פון 
זייערע דערפער אויך געבראכט , פּאריעטשקעס", קאַרטאַפעל, אַר- 
בעס, באָב, מעהרען,. אויך האָט זיך נעזעהן אביסע? אונערקעס, 
קליינע און נרויסע שוועמלעך, ציבעלעס, קימעל, קעפּלעך קרויט, 
בלומענקאה? (קאליפלאוער), אייער, פיסלעך פון חזירים, לעבע- 
דיגע חזרים'לעך, גענז, קאַטשקעס, היהנער, װאַזאָנעס מיט בלן- 
מען, --- פון אלץ צו ביסלעך. אָבער מאַלינעס אין נעווען מא- 
סענווייז. 

עס האָט נעשמעקט מיט דאָרף. די ריחות פון די פרוכ" 
טען, נגרינסען אלערליי, האָבען זיך צוזאמעננעמישט אין איין אן- 
נענעמען ריח פון פרישקייט. 

באַלעבאָסטעס, קריסטליכע און אידישע, זיינען ארומגעגאנגען 
צווישען די פּויערטעס, באַקוקט, באטאפּט די סחורות, געפרענט 


106 בלעטער פון מיין לעבען 


וויפיל עס קאָסט, זיך געדונגען, זיך מישב געווען, באראטען זיך 
צווישען זיך. די דארפס-פרויען -- דאָפ רוב רוטענישע און 
כמעט אלע באָרװעסע --- זיינען נעזעסען אויף דער ערד, יעדע 
קעבען איהר סחורה, און ווען מען האָט זיי אנגעבאָטען א קלע- 
נערען פּרייז, װוי זיי האָבען געפאָדערט, האָבען זיי קאַלט אַ 
שאָקעל געטאָן מיט'ן קאָפּ, און נעבליבען זיצען וי פארנלי- 
װוערטע. די קונים האָבען זיך געמוזט קערפּערליך בױיגען 
פאַר זיי, אום די מאַלינעס צו באַטראַכטען; זיי האָבען 
געמוזט ריידען צו זיי, פרעגען, דינגען זיך, בעטען זיך, אין 
כעס וערען {; און זיי, די פּויערטעס, האָבען אויף זיי אפילן 
די אוינען ניט אויפנעהויבען. בליז וואו ניט וואו פלענט ביי 
איינער די געדולד פּלאַצען, און דאַן פלענט אַמאָל קומען צו אַ 
זידלעריי, צו אַ נעשריי, אָבער בלויז אויף א ויילע. 

ניט ווייט פון דעם פּאַװיליאָן האָט א רוטענישע פּױערטע צן 
אַ אידינע געזאָגט , טפוי? דערפאַר, װאָס זי האָט איהר נעסמייעט 
אָנצובאָטען א צו-קליינעם פּריז, די אידענע האָט זיך צושריען 
אויפ'ן קול און איהר אָפּנעענטפערט מיט אַנאַנדער , טפוי". 
איהר , טפוי" איז שוין אָבער ניט געווען קיין טרוקענער, עס 
האָט זיך אָנגעפאנגען אַ דועל פון שפּייען איינע אויף די אַנדערע, 
עס האָט זיך אַרומגעקליבען אַ רעדעל, אָבער לאַנג האָט עס ניט 
אָנגעהאלטען,. דער עולם איז געווען צו שטארק פאראינטערע- 
סירט אין דאָרף-סחורה, אום מיט אנדערע ענינים זיך צוֹ באַ- 
שעפטינען. דאָס ,רעדעל" איז צונאננען אין דעם מאַרק, אזוי 
וי א שטיקעל צוקער אין אַ הייסער נלאָז טיי. יענע אידענע האָט 
נאָך א פּאָר מינוטען ניט אויפנעהערט צו שרייען, אָבער קיינער 
האָט איהר שוין קיין אויפמערקזאמקייט ניט געשאַנקען. זעהענ- 
דינ, אז איך בין דער איינציגער, װאָס אינטערעסירט זיך מיט 
איהר, האָט זי פארריסען דעם קאָפּ צו מיר און איבערדער- 
צעהלט די גאַנצע געשיכטע פון אֶנְהוֹיב ביז צו ענדע מיט 
קללות און שבועות, אַז זי האָט נעהאַט רעכט. פלוצלונג האָט 
זי אָבער דערזעהן, וי א פּױער טראָנט צויי פעטע גענז אונ- 
טער די אָרעמס, האָט זי זיך אַלאָז נעטאָן טאַפּען די גענז און 
דינגען זיך מיט'ן פּױער. אָן מיר האָט זי זיך פארנעסען. 


ווידער אין אייראָפאַ 197 


באַלעבאָסטעס האָבען איינע פאר די אַנדערע זיך באקלאַנט 
אויף דעם הויכען פּדייז פון די מאַלינעס און פון די אַנדערע 
פּראדוקטען. אומעטום האָט מען נעקענט זעהן, וי מען קוועטשט 
מיט די פּלייצעס, װוי מען לאָזט אראָפּ די הענט פון פארצווייפלוננ, 
װי מען מאַכט א רחמנותפּנים אויס סימפּאַטיע צו אנאנדער 
פרוי און צו זיך אליין, ‏ דעם װאָרט ,יקרות'" האָב איך נע- 
הערט אלע וויילע. 

ניט ווייט פון דעם פּאַװיליאָן אין גנעשטאנען א בילד- 
שעהנע יוננינקע פרוי, א קריסטליכע, און זיך געדוננען מיט אַ 
פאַרקויפערין פון ,קאליפקאוער". לעבען איהר אין געשטאַנען 
איהר דינסט מיט אַ האַנט-בייטעל פון שװאַרצע צעראטע. די 
יוננע באלעבאָסטע איז געווען אָננעטאָן ניט װוי מען טוט זיך אֵן 
אינדערפריה, געוויס ניט צו א מאַרק, איהר בלויע זיידענע קלייד 
איז געווען דעקאָלטירט, און איהרע שיכעלעך זיינען נעווען פון 
ווייסען זייד. איהר דינסט איז געווען אויסנעפּוצט אין א יום- 
טוב'דינען רוטענישען קאָסטיום מיט נאַנצע בערג פּאַטשערקעס 
אַרום האלז, אָבער באָרוועס! 

מיט א מערקווירדינער באַגייסטערוננ האָט די דעקאָלטירטע 
דאַמעלע זיך געדוננען און ארומגעשמאיעט אַרום די גרינסען. עס 
איז געווען דייטליך, אז זי האָט ערשט מיט אַ פּאָר טעג צוריק 
חתונה געהאָט, און די ראָלע פון אַ באַלעבאָסטע האָט דעם צוו- 
בער פון אַ נייעס ביי איהר, 

אָבער די עלטערע ווייבער זיינען אויך ניט געבליבען גלייכ- 
גילטיג. מען האָט געקענט זעהן אויף זייערע פּנים'ער, אז ארומ- 
צונעהן איבער'ן מארק, אויסקוקען, אויספרענען, דיננען זיך אין 
ביי זיי ניט בלויז א נויטווענדינקייט, נאָר אויך א פארגעניגען, א 
ספּאָרט מיט דער צוטראָגענער מינע און מיט דעם פארטיפטען 
בליק, מיט וועלכען א נעמבלער זיצט ביי זיינע קאָרטען, זיינען 
זיי ארומנעגאננען צווישען די קערב שוועמלעך אָדער אונערקעס... 

שפּעטער בין איך אראָפּ פון דעם פּאַװיליאָן און נעמאַכט 
א שפּאַציר איבער'ן נאנצען מארק. 

דער נעפּילדער איזן געוואקסען. דורך דער מישענינע פון 
מענשליכע שטימען האָט זיך געהערט דער באַסאָוער "קראַ-קראַ" 


108 | בלעטער פון מיון לעבען 


פון קאַטשקעס, דער הייזעריגער באַריטאָן פון גענז, דער קוויטש 
פון א יונגען חזיר'ל. אין איין ווינקעל האָט אַ איד איינגעקויפט 
גאָר די מאַלינעס פון עטליכע פּויערטעס מיט אמאָל (מסתמא פאר 
אַ פרוכט-געשעפט אָדער אפשר אויף צו מאכען מאַלינאָוע קװאָס). 
דערביי אין נעשטאַנען א גרופּע וייבער און געקוקט מיט אַ 
זשעדנעם בליק אין די אוינען. אביסע? אָן א זייט זיינען גע- 
שטאַנען ווייבער און נעבלאָזען אויף די הינער אין א געוויסען 
אָרט, צו זעהן, צי די עופות זיינען פעט. 

א איד מיט אַ פיינער באַלעבאַטישער בעקעשע, א הויכער, א 
דיקער, מיט אַ שעהנער נאָלדענער באָרד און פּאוֹת, מיט אַ 
יארמולקע אונטער דעם פּלושענעם קאַפּעליוש, איז אויך געשטאַ- 
נען מיט אַ הוהן אין די הענט און אויך געבלאָזען, וואו עס פּאַסט 
ניט, ביי יעדען בלאָז, װאָס ער האָט געטאָן, האָבען זיך זיינע 
פּאות אַ טרייסע? געטאָן. ער אין אָבער געװוען צו שטאַרק 
פארטיפט אין דער הוהן, צו באמערקען אזעלכע קליינינקייטען. 

אין איין פּלאַץ האָט אויסנגעבראכען א מלחמה צווישען א רו- 
טענישער פּויערטע און אַ אידישען בעל ענלה, וועלכער האָט גע- 
דארפט עפּעס אוועקפיהרען פון מארק. די דעבאטע איז פארנע- 
קומען אויף רוטעניש, אָבער פילע ווערטער זיינען געווען עחהנליך 
צוֹ רוסיש, און איך האָב זיי פארשטאַנען. זייער פּשט איז אָבער 
געווען אזעלכער, אז איך מוז זיי איבערהיפּען. 

װי איך בין אַזױ געשטאנען און זיך צונעהערט, האָט אין 
מיר זיך אַיינגעקוקט אַ אידענע, װאָס האָט געהאַלטען אַ גאַנז צו- 
געדריקט צום הארצען, 

--- זאָגט מיר, איך בעט אייך, זייט איהר ניט פון אמעריקא ? 
--- האָט זי זיך צו מיר געווענדט. 

װען איך האָב געענטפערט, אןז יא, האָט זי ערקלעהרט, 
שיער מיט טרערען אין די אוינען, אז זי קען מיך, אָבער אז זי 
געדענסט ניט מיין נאָמען. עס איז שוין א געשיכטע פון זיבע- 
צעהן יאָהר, האָט זי געזאָנט. זי האָט אין ניו יאָרק גע- 
ארבייט ביי מיר אין שאפּ ביי ,ניע פּענטס" (די װערטער ;,ניע 
פּענטס" האָט זי נעדענקט גאנץ גוט). איך האָב איהר פארזי- 
כערט, אז זי האָט אַ טעות. זי האָט זיך וי עס אין באַרוהינט, 


ווידער אין אווראָבאַ 9 


אָבער בלויז אויף אַ סעקונדע. באלד האָט זי װוידער זיך גענומען 
קאָכען און שרייען, זי האָט זיך , דערמאַנט", אז איך בין געווען 
איהר דאָקטאָר, אז איך האָב איהר אַטענדעט ביים ערשטען קינ- 
פּעם; און איידער איך האָב געהאָט א מעגליכקייט פון דיזער 
עהרע זיך אויך צו ענטזאנען, האָט זי מיך געבעטען צו זיך 
אין שטוב, אום סיך פאָרצושטעלען פאר איהר עלטסטער טאָכ- 
טער, די פרוכט פון יענעם היסטאָרישען קינפּעט. פאר באַנייס- 
טערונג האָט זי אלץ געשריען, און די נאנז האָט מיטגעשריען. 

קוים װאָס איך האָב איהר איבערציינט, אז זי האָט ווידער 
אַ טעות, ענדליך האָט זיך אַרױסגעװיזען, אז זי האָט מיך אין 
ניו יארק נעזעהן אויף א מיטיננ. 

מיין נעשפּרעך מיט איחר, און הויפּטזעכליך איהר צוהיצ- 
טער געשריי האָט געצויגען אויפמערקזאמקייט. עטליכע מענשע: 
האָבען זיך אָפּגעשטעלט קוקען און צוהערען. איינער פון זיי, 
אַ מאַן פון אַ יאָהר פופציג, וועלכער איז געווען געקליידט , האַלב 
אויף האַלב?, :טיילווייז װי א חסיד און טיילווייז וי א היינטינער, 
האָט זיך שטאַרק פאַראינטערעסירט אין די פּאָר ווערטער, װאָס 
ער האָט דאָ דערהערט ווענען אמעריקא, 

--- איהר זייט פון אמעריקא ? -- האָט ער געפרענט מיט 
א שטרענגען טאָן, אזוי וי ער װאָלט געווען א דעטעקטיוו און 
איז מיך חושד אין עפּעס א פארברעכען. דער סוף איז געווען, 
אז איך האָב זיך אין איהם אויך פאַראינטערעסירט. מיר האָבען 
זיך צורעדט, צוערשט אויף שפּאַס, דערנאָך ערנסט. אזוי שמו- 
עסענדיג, זיינען מיר אוועק פון מאַרק און זיך נגעזעצט אויף א 
באנק אין דעם קליינעם פּאַרק, וואס געפינט זיך נאָהענט דערביי. 

ער האָט מיר מיט פרייד געזאָגט, אז ער האָט ביי די וואהלען 
געשטימט פאר דר. ליבערמאַן, דעם סאַציאליסטישען קאנדיראט. 
זיין סאַציאליזם איז אָבער געװען פון א זאָנדערבאַרען סאָרט. 
ווען איך האָב איהם געפרענט, וואו ער האָט דאָס געלעזען, 
האָט ער געזאָגט מיט שטאָלץ, אז אין ערגעץ ניט. ער אין ,אַלץ 
דערגאננען מיט זיין איינענעם שכ?". פון ארבייטער סאַציאליס- 
טען האַלט ער ניט, ווייפ זיי מיינען דאָך בלויז זייער איינענע 
טובה. זייער סאַציאליזם אין אן ענאָאיסטישער. אט זיין סאַ- 


00 בלעטער פון מוין לעבען 


ציאליזם איז א ריינער, וויי? ער דארף קיין טובות פאר זיך ניט, 
װאָרים איהם איז חיינט אויך נוט. די ארבייטער זיינען ,ענאַ 
איסטען", , ניט פאַרנינער" און , עזות-פּנימ'ער". אלע צרות קוֹ- 
מען ארויס פון זיי, ‏ און ער האָט גענומען ברענגען ביישפּילען 
אויף דעם. 
איך האָב געהאַט א פַּאַר געשפּרעכען מיט אַנדערע פּשע" 
מישלער אידען אויך, --- נעשפּרעכען, וואס האָבען מיר געוויזען, 
אַז דר, ליבערמאן'ס ערוועהלונג איז געווען געגרינדעט אויף פיל 
בעסערע באַנריפען וועגען סאַציאליזם, וי די, װאָס דיזער איד. 
האָט ארויסגעוויזען. 
8 


ביי דעם סאָציאליסטישען דעפּוטאַט הערמאַן ליבערמאַן. 


דער אידישער סאַציאליסטישער דעפּוטאַט צו דעם וויענער 
פּאַרלאַמענט, ליבערמאַן, פון פּשעמישל (וועלכער איז היינט איינער 
פון די וויכטינסטע סאַציאליסטישע דעפּוטאַטען פון ווארשעווער 
סעים), איז דאן געווען אין דער היים,. איך האָב איהם באזוכט. 
ער האָט אויסנעזעהן זעהר יונג. אַ בלאַנדער, ניט קיין הויכער, 
ניט קיין דיקער, מיט אַ גוטמוטיגען אינטעלינענטען פּנים. ער 
איז נגעווען זעהר נאסטפריינדליך, און מיר האָבען פארבראַכט א 
היבשע צייט אין געשפּרעך ווענען דער פּוילישער באַוועגונג און 
וועגען אמעריקא. ער האָט, נאַטירליך, גערעדט פון אַ סאַציא- 
ליסטישען שטאַנדפּונקט, אָבער װי א פּוילישער פּאַטריאט. ער 
האָט צוגענעבען, אז עס זיינען פארהאן געוויסע שוועריגקייטען, 
וועלכע שטאַמען פון ראסען-נעפיהלען. ער האָט מיט באנייסטע- 
רונג גערעדט ווענען די פּאָליאקען, וואס זיינען טעטינ אין דער 
סאַציאליסטישער באווענונג. , מען דארף אימער זיך רעכענען 
מיט די אומשטענדען," -- האָט ער געזאָנט. --- ,ווען מען נעמט 
דאָס אין אנבאַטראַכט, נעפינט מען צווישען די פּױלישע סאָ- 
ציאַליסטען אַ גרויסע, גרויסע צאָה? שעהנע נאָבעלע אידעאַליס- 
טען". 

--- אַלס סאַציאליסט, פיהלט איחר זיך הויפּטזעכליך אלס . 
פּאליאק אָדער אלס אי ? -- האָב איך איהם געפרעגט, 


ווידער אין אווראָטאַ 201 


--- עס דארף ניט זיין קיין , הויפּטועכליך", און עס קען ניט 
זיין, פאר מיר שטימען הויפּטזעכליך אונזערע אידען, און וען 
זיי װאָלטען ניט וויסען, אז אונזער פּארטיי איז טריי די אידישע 
אינטערעסען, װאָלטען זיי פאר מיר דאָ, און פאר נענאָסע דיא- 
מאַנט אין לעמבערג, ניט געשטימט, גאַליציען אין אָבער פֹּו- 
ליש, און די באַציהוננען צווישען די אידען און די פּאַליאקען זיי- 
נען ביי אונז ניט אין ערך בעסער, וי צווישען די אידען און 
פּאָליאקען אין רוסישפּוױילען. סיר, סאַציאליסטען, זיינען אי- 
בערצייגט, אז דורך אונזער פּארטיי קענען ביידע נאַציאָנען גע- 
ניסען נוטעס. די אינטערעסען פון אונזערע אידען זיינען אונז 
טייער. סיר זאָרנען זיך ווענען זיי. און סיר זיינען איבער- 
ציינט, אז געהענדינ האנט אין האנט מיט דער פוילישער בא- 
פעלקערונג, דערנרייכען זיי דורך אונזער פּאַרטײ די בעסטע רע- 
זולטאַטען, אי פּאָלִיטיש, אי עקאָנאָמיש, אי קולטורעל. אין 
עסטרייך ווייסען מיר ניט פון דעם רוסישען דעספּאָטיזם. די 
פאַרשידענע פעלקער האָבען, וי ייט מעגליך, זעלבסט-פאר- 
וואלטונג און זעלבסט-רענירונג. די פּאַליאקען אין רוסלאַנד ווע- 
רען אונטערדריקט. אין עסטרייך אָבער האָבען זיי אױטאַנאָמיע. 
ווען די אידען װאָלטען געקענט פאַרנעמען א נאַנצען קרייז און 
דאָרטען בילדען די הויפּט באַפעלקערונג, װאָלטען זיי געהאָט 
דיזעלבע לאָקאלע רעכט, װי די פּאַליאקען, אדער די דייטשען, 
אָדער די סלאַווען, אָדער די איטאַליענער. אָבער איצט פיהלען 
זיך די נאַליצישע אידען אויך פאָלשטענדיג פריי, 


פינפטער קאַפּיטעל 
ווידער אין אײיראַפּא. 


(נדריטע פּאָרטזעצונג) 
1 
אין קאַרלסבאד. -- סצענעס, פּאָרטרעטען. -- די הייל- 
ואסערען. 


אומקערענדיג זיך פון נאַליציען, האָב איך מיין רייזע פאר- 
קירעוועט קיין קאַרלסבאד, קיין באַשטימטען נלויבען, אז די 
קאַרלסבאדער ואַסערען וועלען זיין א רפואה צו מיין ליידענדען 
מאָגען, האָב איך ניט געהאט. א שטיקעל האָפנונג האָב איך 
אָבער יאָ געהאַט. : 

די שטאָדט קאַרלסבאד מיט איהרע בעדער, ווענען וועלכע 
מען הערט זיך אָן אזויפיל, האָט געמאַכט אַ נוטען איינדרוק אויף 
מיר פון דער ערשטער מינוט אָן,. די לופט האָט דאָרטען אין זיך 
אַן אײייגענאַרטינע פריינדליכקייט, און דער געמיט פון די מענער 
און פרויען אַרום די בעדער, אין די פּאַרקען, אין די נאַסען, אין 
די קאַפעס, אין די רעסטאָראַנען איז געווען א געמיט פון נוט- 
אויפנעליינטע זאָרנלאָזע מענשען. איהר פאַרגעסט נאָר, אז דאָס 
זיינען קראַנקע, יעדער מיט זיין קערפּערליכער צרה. און די אל- 
געמיינע שטימונג איז דורכגעדרונגען מיט אַ גייסט פון דעמאַָ- 
קראטישער פריינדליכקייט. אַזױ איז דאָס איינענטליך אין אַלע 
קור-ערטער, מיליאַנערען און קבצנים, מיטנלידער פון פּרינצליכע 
פאמיליען און אונטערטאַנען אֶהן יחוס און אֶהן געלט מוזען 
שטעהן צוזאַמען מיט די קרינעלעך אין די הענט און ווארטען 
אין דער רייהע אנצופילען זיי מיט דעם נעבענשטען וואסער. 

זעהר אנגענעם אין אין דער פריה, ווען דער עולם נעהט 


200 


ווידער אי אווראָפּאַ 08 


אין די קאפעס צו פרישטיק. דארטען, אין די קאַפּעס, באַשטעלט 
איהר נאָר די קאַװע. געבעקס ברענגט איהר מיט זיך,. איהר 
קענט דאָרטען באַקומען דאָס אויך, און פּוטער און קעז און קאָנ- 
פיטורען אָדער שינקען אויך, אויב איהר ווילט. אָבער די, װאָס 
טוען אַזױ, זיינען אן אויסנאַמע. דער מנהג איז צו ברענגען די 
שפּייז מיט זיך, ביי יעדער בעקעריי שטעהט אַ צייל מענשען. 
נאָך דער רייהע נאָך, געדולדיג, געמיטליך קויפט יעדער ראָלס 
(זעמעל) פאַר עטליכע קרייצער. באַלד קומען זיי צוריק אַרױיס 
יעדער און יעדע מיט אַ פּאַפּירענעם זעקעלע אין האַנט. און 
שַזוי געהען זיי שפּאַצירענדיג, רייך געקליידעטע און אָרעמערע. 
אפשר אין אָט יענער אַן אלמעכטינער באַנקיר, אָדער אַ מיניס- 
טער, אָדער אַ באַרימטער ויספענשאַפטסמאַן, און אפשר אַן אגענ- 
טעל אָדער א בוכהאַלטערל ערגעץ וואו, װאָס האָט קוים צוזאמענ- 
געבאָרגט אויף צו פאָהרען זוכען רעטונג אין קאַרלסבאד. אלע 
אָהן אונטערשיד, מיט פּאַפּירענע זעקעלעך אין די הענט. ביי 
זיך אין דער היים, ווען מען װאָלט דעם מאַכט-האָבענדען געזעהן 
אַזױ געהענדיג איבער דער גאַס, װאָלט מען צו איהם גערופען אַ 
גערווען ספּעציאליסט, דאָ אָבער איז דאָס נאַטירליך,. די געמיינ- 
שאַפט פון שװאַכען געזונט דערמאַנט יעדען, וי אונזיכער עס 
איז דער מענשליכער לעבען, און װי לעכערליך די נאוה. צִי 
דאָס איז ווירקליך די אורזאכע, צי ניט, --- קויפען זעמעל אין א 
בעקעריי אוֹן נעהן מיט דעם איבער דער נאס צו א קאפע אין די 
מאָדע. מאַרשירט מען מיט די ראָלס, צופרידען מיט זיך און מיט 
גאָט'ס וועלט, וי א בעל-חבית'ישער איד נעהט מיט טלית און 
תפילין פון שוֹפ. 

די וויכטיגסטע פּראָצעסיע אַזעלכע פלענט פאָרקומען איבער 
אן עוועניו, װאָס געהט פּאַזע דעם טייך ענער צום קאַיזער-פּאַרק. 
דאָס אין אַ דאָפּעלטע גאַס, איין העלפט פֿאַר אָטאַמאָבילען און 
איינע -- א דיק-באַדעקטע מיט זאַמד -- פאַר פוס:געהער. א 
פיינע אַלעע, דאָ האָבען געשיינט די רייכסטע דאמען-קליידער. 
אידען מיט לאַנגע קאַפּאָטעס און פּאות'ן, מיט פאַרשידענע היט, 
וועלכע אויף אַנדערע נאַסען און פּאַרקען פון קארלסבאַד באַגעגענט 
מען אויף שריט און טריט, האָבען זיך דאָ געזעהן ווייניג. וי 


204 בלעטער פון מוין לעבען 


טער וי דעם באַרימטען קאַפע ,פאן סו סי" פאַרגעהען זיי ניט. 
מאָדערן געקליידעטע אידען, ניט קיין רייכע, זעהט מען דאָ אָבער 
גענוג, די לופט איז אן אמת'ער גן-עדן. איהר שפּרייזט און אייך 
גלוסט זיך צו זינגען. דער אפּעטיט וואקסט דאָ שנעל, און דער 
קאַיזער-פּאַרק, מיט זיין גרויסען קאפע ציהט אייך וי א מאַגנעט. 
דאָך פלעג איך פון צייט צו צייט זיך אָפּשטעלען אֵן אַ זייט צו 
באַקוקען דעם עולם. נאָך די פּנים'ער, מאַניערען, און אין פילע 
פאַלען די קליידער, האָט מען געקענט דערקענען די פֿאַרשידענע 
נאַציאָנאליטעטען, קלאכען, טיפּען. אזוי װי פאר די אױגען 
שטעהט מיר א דיקער רוסישער נלח אין א העל-בלויען קיטעל 
מיט אַ גרויסען גאָלדענעם צלם אויף דער ברוסט. די זון האָט 
זיך נעשפּילט אין דעם צלם און נעבליסטשעט אין דעם קיטעל; 
אָבער דיזעלבע זון האָט אויך געשיינט אויף דעם רייכען, ווייסען 
אָריענטאַלישען קאָסטיום פון א מאַכמעדאַנישען גייסטליכען. 
א צויבער האָט געשימערט אין דער לופטען, אין די בוימער, ביי 
דער זייט, אין דעם געלען זאמד, און א ספּעציעלער צויבער אין 
די פּאַפּירענע זעמעל-זעקעלעך, 

נאָך מיטאג קומט פאָר אן אַנדער פּראצעסיע -- פַּשׁוט אַ 
שפּאַציר, דאָס איז אויך א קליידער פּאַראַד. די דאַמען וייזען 
זייערע קאָסטיומען און היט. דאָך זעהט איהר אין די פּארקען 
און איבער די הױפּט-נאַסען אַ סך חסידיש-געקליידעטע אידען נע- 
מישט מיט בלישטשענדע יוניפאָרמס פון אָפיצירען, פּרעטענציעזע 
אנצוגען פון ציווילע פראנטען און די נייעסטע מאָדעס אין פרויען 
פּוץ, 

אָט נעהט א פרומער אַלט-מאָדישער איד מיט זיין פרוי. 
איהר קאָפּ און איהרע אַססלען זיינען איינגעהילט אין א קלאָר- 
ווייסע זיידענע מאטשיילע,. פילע אוינען באַקוקען זיי. 

--- ווער איז דאָס? --- פרענ איך ביי אַ חסיד,. און מיט 
אַ טאָן פול מיט עהרפורכט און מיט צופרידענהייט, װאָס איך 
ווייס ניט און ער ווייס יא, ענטפערט ער מיר, אז דאָס איז דעם 
סאַסעווער רבינ'ס טאָכטער מיט איהר מאַן, וועלכער איז אַ רב 
אין א שטעדטעל לעבען זלאָטשעו, נאַליציען. א פֹּאר מינוט 
שפּעטער ווייזט מיר דערזעלבער חסיד אָן אויף א יונגע ווייבעל, 


ווידער אין אייראָפּאַ | 208 


וועלכע איז באַנליים מיט אַ סויטע פון פיר עלטערע פרויען. 
איינע פון זיי איז געקליידט נאַנץ מאָדערן אין אַ שעהנער, גרוי- 
סער הוט, און אין א קאָסטיום לויט דער לעצטער מאָדע. די 
יונגע פרוי טראָגט אַ פּרעכטינע זיידענע קלייד פון ויין קאָליר, 
איהר קאָפּ איז צונעדעקט מיט אַ שווערע פאטשיילע פון שעהנע 
ווייסע זייד. זי געהט אי שטאָלץ, אי שעמעוודיג, און איהר ויי- 
סער זיידענער צודעק שימערט אין דער זון. כמעט אלע מאר- 
בייגעהער שטעלען זיך אֶפּ אויף א וויילע קוקען, 

--- דעם יאװאָראָװוער רבינ'ס טאָכטער! -- שושקעט מיר 
דער חסיד אריין אין אויער, קוים אָפּכאַפּענדיג דעם אָטעם. (יא- 
וואראוו איז אַ שטעדטעל לעבען פּשעמישל), 

אַן אַלטער חסידישער איד און א היינטינ-געקליידעטער פון 
די מיטעלע יאָהרען האָבען, שפּאַצירענדיג, טיף נעשמועסט ועגען 
אַ שטיקעל תורה. סיר איז אויסנעקומען צו געהן פּונקט הינטער 
זי גערעדט האָט איינענטליך דער עלטערער. ער האָט זין 
באַנלײיטער דערצעהלט עפּעס אן אַנעקדאָט א תלמודישען, נע- 
בויט אויף אַ נעדרעהטע שטיקעל גמראלאָגיק. ‏ דער עלטערער 
האָט זיך גע'פּשט'עלט מיט נחת, און פון נחת האָט ער אויף זיין 
צוהערער אַלע וויילע געמאַכט אַן אַטאַקע מיט די הענט אָדער מיט 
אן איינצעלנעם פינגער דעם פיננער האָט ער געשפּאַרט אין 
יענעמ'ס הארצען אַריין אָדער אין א זייט. אָדער אַז ניט, האָט 
ער איהם אָנגענומען פאַר דער קלאַפּע און איהם אריינגע'טענה ט 
אין פּנים אַריין,. דער אינגערער האָט זיך פאַרטיידיגט מיט די 
הענט, אָבער אַזױ וי נאָר פון יוצא ווענען, װאָרים ער האָט אויך 
הנאה געהאַט פון דעם פּלפּול'דינען אַנעקדאָט, און פון צייט צו 
צייט פלענט ער אונטערכאפּען יענעמ'ס א ניט-דערזאַגטען פּסוק 
אָדער שטיקע? נמרא, 

דער אַלטער האָט גערעדט אויף דעם וייכען לעמבערגער 
אידיש, און דער אינגערער אויף דייטש, מיט אַ האַרטער אונ- 
נאַרישער אויסשפּראך. עס איז קענטיג נעווען, אז ער האָט נע- 
לערענט גמרא אין דער פּרעסבורנער ישיבה. איין מאָל האָבען 
זיך די צוויי אָפּנעשטעלט אזוי לאַנג אין מיטען ריידען, אז דער 
מענשען-שטראָם אויף דעם טראָטואַר אין פאַרהאַלטען געווארען. 


26 | בלעטער פון מוון לעבען 


איך נעדענק, וי אין אַ געוויסען מאָמענט האָט דער עלטערער 
דערצעהלט, װי דער רבונו של עולם האָט עפּעס א מלאך אראָםּ- 
געווארפען פון זיין הויכען ראננג. 

--- דעגררראדיררט! -- האָט דער אונגאַרישער למדן אונ- 
טערגעכאַפּט אויף דייטש מיט רישען, וועלכע מען האָט נע- 
קענט הערען פון וייטען, דער אלטער מאן האָט דעם װאָרט ‏ 
פארשטאנען, און ער האָט אַ שמייכעלדיגען שאָקעל געטאָן מיט'ן 
קאָפּ. | 
יעדען נאָכמיטאג פלענ איך אויף דעמזעלבען פּלאץ באנע- 
נענען א גרופּע חסידים פון פינף אדער זעקס מאן, אמאָל וי 
נינער,. אלע האָבען זיי נעטראנען פּלושענע קאפּעליושען, און 
אונטער די קאפּעליושען האָבען זיך געוויגט לאננע פּאות. זיי 
זיינען אַלֶע געווען נעט און ציכטיג אָנגעטאָן, און די קליידער 
זיינען ביי זיי געווען נייע און פון א גוטען מאַטעריאל. דער 
עלטסטער איד, פון א יאהר זעכציג, א דיקליכער מיט רויטע 
באקען, האָט געמאכט דעם איינדרוק פון דעם רייכסטען און אויך 
פון דעם גרעסטען למדן פון דער גרופּע. א צוייטער האָט גע- 
האָט דעם אויסזעהן פון א געשייטען סוחר, און א דריטער אין 
געווען א בלאַסער יונגערמאן, אָבער אויך ניט קיין דאַרער, און 
ער האָט געהאַט די לענגסטע פּאות, מיט דעם פּנים פון אַ בעל- 
בית'יש קינד, אַ. בזדתורה. די איברינע געדענק איך שוין נים, 
איין נאָכמיטאג זיינען זיי אויך געווען פארטיפט אין תורה, און 
מיט זיי האָט פּאַסירט פּונקט דאָסזעלבע, וואס מיט יענע צויי 
זי האָבען געשפּרײזט פּשט'לענדיג זיך און שיינענדיג פון 
תענוג, אַזױ װוי די אנדערע שפּאַצירער װאָלטען אויף דער װעלט 
ניט געווען,. אין א געוויסען מאָמענט האָט די נרופּע אויך פאר- 
האַלטען די פּראצעסיע. דאָס האָט אַרויסנעבראכט פון געדולד 
אַן אַלטע דייטשע דאמע, וועלכע האָט עפּעס געזאַנט צום אלטען 
אידען מיט כעס. ער האָט זיך ענטשולדינט, זי אַ קאַװאַליער 
!| מיט אַ שמייכע? און מיט דייטשע ווערטער, אז אויף דער מינוט 
האָט זיך פּשוט ניט גענלויבט, אז דאָס איז אַ חסיד מיט אַ פּלן- 
שענעם קאַפּעליוש און מיט פּאות'|. | 

די אינטערעסאנטסטע דאמען אין דעם מענשען שטראָם 


ווידער אין אווראָמאַ 207 


זיינען געווען ניט קיין יונגע. פילע פון זיי האָבען געהאַט קיי 
שעלעך אונטער די אוינען,. זיי האָבען שוין נעלעבט און גע- 
וואוסט, װי הנאה צו האָבען פון לעבען, זיי האָבען פארשטאַנען, 
וי אויסצופּוצען זייערע פיגורען און געזיכטער, אום דעם גרעס- 
טען שיק פון זיי אַרױסצובאַקומען --- געניטע אַקטריסעס, װאָס 
האָבען זיך שוין לאַנג אויסגעלערענט, װי זיך צו גרימירען און 
אָנטאָן פאַר דער ביהנע. 


2 
איך יאָג זיך נאָך אַ טעות. --- לענינ'ס , פּראַװדאַ" פאַרשאַפּט 
מיר אַ באַקאַנטען, אָבער נאָר אויף איין אָװענד. --- אויף 
װאָס פאר א פוהר, אַזא נגון. --- א איד פון מאָנטרעאל. 
-- אַ ביוטי קאָנטעסט. 


מיין פרוי איז דאן געווען אין קיעוו צו באזוך ניי איהר פא" 
מיליע, איך בין געווען אין קאַרלסבאד נאנץ אליין. פלעג איך 
אַרומשפּאַצירען, קוקען, זיך צוהערען, איין מאָל, אויף מיין 
נאָבמיטאג שפּאציר, האָב איך באמערקט א מאַן אין די מיטעלע 
יאהרען, וועלכער האָט מיר אויסגעזעחן, װי ג..., מיינער אן אַמאָר 
לינער חבר פון דעם וילנער אינסטיטוט. איך האָב געואוסט, 
אז ער וואוינט איצט אין קיעוו, ואוו ער האָט עפּעס צו טאָן 
מיט דער צוקער בערזע,. מיט אַ פֹּאֶר יאָהר פריהער האָב איך 
פון איהם באַקומען אַ בריף. געזעהן אָבער האָבען מיר זיך 
ניט צוויי-און-דרייסיג יאהר. מיר האָבען זיך געשיידט, ווען ער 
איז געווען א בחור פון א יאָהר ניינצעהן. איצט, אלזא, אין 
ער שוין געווען איין-און-פופציג יאהר אַלט, -- א ניש'קשה- 
דינער אונטערשיד! איך בין אָבער געווען איבערצייגם, אֶדֹעו 
כמעט איבערציינט, אז דאָס איזן ער ער האָט באַנלײט צויי 
עלעגאנט-געקליידעטע דאַמען,. די קאָמפּאניע האָט גערעדט ר" 
סיש. איך בין זיי נאָכגעגאנגען, זיך ארומגעדרעהט, ביז ענדליך 
האָב איך זיך געמאכט האַרץ און איהם אָפּנעשטעלט. איך האָב 
איהם געפרענט, אויב ער אין פון קיעוו, און אויב זיין נאָמען 
אין נ.. 

עס איז געווען א טעות. איך בין אװעק א פארשעמטער, 


208 בלעמער פון מיון לעבען 


אזוי װוי אן אָפּנעשמיסענער, עטליבע טעג נאָכאַנאַנד האָב איך 
זיך גענומען דעם לעבען דערפון, אזוי וי מען װאָלט מיך ביי 
אַ פארברעכען געכאַפּט, 


דער שטאָדט-פּאדק איז געווען וואונדערבאר, און דער אר- 
קעסטער, וואס האָט דארטען געשפּילט, האָט מיר אויך געקלונ- 
גען וואונדערבאר. נאַהענט דערביי, אויף אַ הויכען טורעמעל, 
געפינט זיך דער שטאָדט-זייגער. פלעגט ער די מוזיקאַנטען גע- 
בען דעם סיגנאַל, ווען אָנצוהויבען. ער האָט געשלאָנען אלע 
פערטעל שטונדע, אין אָנפאַנג אווענט פלעג איך זיצען און וואר- 
טען, ביז איך פלעג איבערצעהלען פיר פערטלען, און דאַן זעקס 
לענגערע טענער --- רוהינע, װאַזשנע, געהיימניספולע. און גלייך 
ביים זעקסטען קלונג פלענט דער אָרקעסטער אויפשפּילען, מייס-. 
טענס עפּעם פרעהליכעס, טיף-אומעטינ און האַרצינ-פרעהליך אינ- 
איינעם. איך פלעג זיצען אָדער אומנעהן איבער די אלעען פון 
פּארק, זיך צוהערען, און אינווייניג אין מיין הארצען האָט זיך 
עפּעס געריסען און נעציטערט, אזוי וי אלע בענקענישען פון 
מיין לעבען װאָלטען זיך פּלוצלונג אויפנעכאפּט און גענומען 
צופּען און פליקען. 

: * * * 

איין מאָל, ביי א שטונדע פאַר דעם אַװענט קאַנצערט, בין 
איך אין שטאָדט-פּארק געקומען מיט אַ פּעקעל פון לענין'ס ציי- 
טונג , פּראוודאַ?, וועלכע ער האָט מיר געגעבען, ווען איך האָב 
איהם באַזוכט אין קראקאו. זיי זיינען געלעגען אין מיין טשע- 
מאָדאן, און פריהער האָב איך אלץ קיין ציים נים געהאַט זיך 
צו נעמען צו זיי. דאָ אָבער אין קאַרלסבאד האָב איך פרייע 
צייט געהאַט נאָך מעהר וי נענוג. אלזאָ, האָב איך איצט מיט- 
גענומען עטליכע נומערען אין פּארק. איך זיץ און לען; זעצט 
זיך לעבען מיר אַנידער א בעליהבית'ישער איד, א רוסישער 
אויפ'ן אויסזעהן,. ער האָט זיך צונעבוינען צו מיר אוֹן א קוק 
געטאָן אויפ'ן קעפּעל און אין דער הויך איבערנעלעזען דעם װאָרט 
, פּראַװודאַ". 

-- אַ דוסישע צייטונג, -- האָט ער געזאָנט איך האָב 


ווידער אין אייראָמאַ 109 


איהם גענעבען א נומער. ער האָט גענומען לייענען, אָבער 
איהם האָט מעהר אינטערעסירט צו שמועס'ען. ער אין געװען 
פון ראַוונאָ, װואָלין. ‏ ער האָט מיר דערצעהלט ווענען דער וויב- 
טינקייט, װאָס זיין שטאָדט פארנעמט אין דעם באַהן"פארקער 
פון דרום רוסלאַנד, און װי זי איז אויסגעוואקסען די לעצטע 
צייט ער האָט ביי מיר געפרעגט װענען אמעריקא, און אזוי 
האָבען מיר פאַרבראכט ביי אַ האַלבע שטונדע אָדער מעהר. 
מיר האָבען זיך פריינדליך געזעגענט. 

אויף מאָרנען אין דער פריה, נאָך מיין וואסער-טרינקען, 
שפּאצירענדיג איבער דער הופּטינאַס, האָב איך איהם דערזעהן 
געהענדיג מיט אימיצען,. איך האָב איחם באגריסט. ווען ער האָם 
מיך דערקענט, האָט ער נערוועז אָפּנעקערט דעם קאָפּ. און אין 
א מינוט ארום האָט ער און זיין באַנלײיטער זיך פארקירעוועם 
צוריק, איך האָב נלייך פאַרשטאַנען, װאָס דאָ איז. נעכטען, 
ווען ער איז געקומען צו זיינע פריינט און זיי דערצעהלט, אז ער 
אין באקאנט געווארען מיט אַן אמעריקאנעם אידען, וואס האָט 
געלייענט די , פּראוודא", האָט איהם אימיצער געגעבען צו פאר- 
שטעחן, וואס פאר א מין צייטונג דאָס איז, און ער האָם זיך 
דערשראקען,. עס זיינען דאָך אומעטום דאָ רוסישע שפּיאנען, 
היינט וואס וועט זיין, ווען ער װעט קומען צוריק אהיים ?... 

און טאָמֶער בין איך אין דיזער ערקלערונג מיינער נאָך 
ניט געווען איננאַנצען זיכער, איז זי דעמזעלבען טאָג באשטע- 
טינט געווארען. נאָכמיטאג בין איך געזעסען אויף א באַנק אין 
דעם שטאָדט-נארטען, און ער אין אנגעקומען אין מיין ריכ" 
טוננ, זוכענדיג אַ פּלאַץ צום זיצען. פון ווייטען האָט עֶר מיך 
ניט באמערקט, האָט ער גענומען נעהן צו מיין באַנק צו. אֶט 
וועלען מיר זעהן, צי איך האָב אַ טעות, האָב איך נעקלערט. ניין, 
איך האָב קיין טעות ניט געהאַט! וען ער האָט מיך דערזעהן, 
האָט ער גענעבען אַ שפּרונג צוריק, װוי פון אַ פייער. 

באַלד איז צונעקומען אַן אַלטע פרוי אין א פּאַרוֹק. זי 
האָט זיך געזעצט לעבען מיר און גענומען ריידען. זי האָט ער- 
קלערט, אז זי איז פון דעברעצין, אוננאָרן. זי האָט נערעדט 
דייטש מיט דעם געוועהנליכען אונגאָרישען אַקצענט. דערנאָך אין 


210 בלעמער פון מוון לעבען 


אָנגעקומען איהר טאָכטער, און זי האָט זיך אויך געזעצט לעבען 
אונז. די טאָכטער האָט געטראגען אן אוננעוועהנליך גרויסען, 
אָבער זעהר שעהנעם און עלענאַנטען הוט. די סוטער האָט 
אַלץ גערעדט וועגען דעברעצין. די טאָכטער האָט וועניג אַנטײי 
גענומען. עס זיינען פאַרבייגענאנגען נאָך צוויי פרויען אין פּאַ- 
רוקען, שעהן נגעקליידט, 

--- אפילו אין פּארוקען זיינען זיי אינטערעסאנט, --- האָב 
איך באַמערקט. 

דאַן האָט די טאָכטער געענטפערט: 

--- אין דעברעצין טראָג איך אויך אַ פּאָרוס. 

זי האָט אַ שמייכעל געטאָן, װי איינער זאָגט: ,װאָלט 
איהר דאָס נעגלויבט?? די אַלטע האָט נעמאכט א באמערקונג 
אומגעפעהר אין דעמזעלבען זין, וי אונזער ווערטעל: אויף 
װאָס פאר א פוהר מען זיצט, אזא לידעל זינגט מען. 

--- מיינע צוויי זיהן האָבען גראַדואירט אין פּרעסבורג 
(דאָס הייסט, אין דער פּרעסבורנער ישיבה אוניווערזיטעט), צוי- 
שען חסידים זיינען זיי חסידים, צווישען קריסטען זיינען זיי אזוי 
וי קריסטען, און צווישען מענשען, וואס זיינען האלב-אויף-האַלב, 
זיינען זיי האלב-אויף-האלב, 

דאָס אלץ האָט זי געזאָגט מיט באַנייסטערונג פאר איהרע 
זיהן, װי קלוג זיי זיינען, און וי זיי קענען זיך אומעטום צוֹ- 
פּאסען., 

דערנאָך האָבען זיי גענומען ריידען אויף אונגאריש. עם 
האָט נעשטראָמט רייד וי וואסער. אָבער דער איינצינער ווארט, 
וואס איך האָב געקענט פארשטעהן, אין געווען ,גליצערין". 
איהם האָבען זיי ביידע איבערגעזאָנגט אפשר הונדערטער מאָל. 

אויף דיזער באַנק פלענ איך אָפט זיצען, װען איך האָב 
איהר נאָר געפונען פריי איינמאָל איז לעבען מיר געזעסען אַ 
שעהנער מאן אין מאָדערנע קליידער. זיין פּנים אָבער האָט 
אויסגעזאָנגט, אז נאָך נאָר ניט לאננ צוריק האָט ער נעטראנען 
א חסידישען קאָסטיום. לעבען איהם איז נעזעסען זיין פרוי, 
א בלאסע ווייבעל אין אַ שעהנעם גרויסען, שווארצען הוט. ער 
האָט צו מיר גענומען ריידן, און אזוי זיינען מיר געזעסען און 


ווידער אין אווראָפאַ 211 


געשמועסט ווענען אַלץ און גאָרניט. באַלד איז פאַרבײגעגאַנגען 
א פרוי אין אן אינטערעסאנטען מענטעלע. 

--- אך, װוי שעהן ! --- האָט די פרוי אויף ‏ מיין באַנק אויס- 
נערופען מיט באַנייסטערונג און מיט קנאה, 

--- קוק זיך גום אַיין, --- האָט איחר מאַן געזאָגט צו איהר 
מיט אַ צוקערדיגער פאַרליבטקייט. --- קוק זיך נוט איין, זאָלסט 
געדענקען, װעסטו פּונקט אַזאַ זיך אויסזוכען אין די קלייטען. 

איך האָב געמאכט א שפּאַסינע באַמערקונג, װוי טייער עס 
אין צו זיין פאַרהײיראַט. אָבער ער אין מיט מיר נים געוען 
איינפאַרשטאַנען. ער האָט מיר נענעבען ארגומענטען צו בא- 
ווייזען, אז וויפי? עס קאָסט א נוטע פרוי, איזן אלץ וועניג. ער 
האָט ניט אויפגעהערט איהר צו שענקען אויפמערקזאמקייט, אַלץ 
אויף דעמזעלבען צוקערדינען שטיינער. אויף מיין אגדער זייט 
אין געזעסען א מאַן, וואס האָט מיט מיר געוואלט ריידען ניט 
אַנדערש, נאָר ענגליש. נאָך מיין שטרויענעם הוט האָט ער דער- 
קענט, פון וואנען איך בין, ער אַליין איז געווען פון מאָנטרעאל, 
קענעדע. זיין ענגליש איז געװוען ניט אזוי פויגעלדינ. ער האָט 
מיר אָבער פארזיכערט, אז פראנצויזיש רעדט ער ;פּונקט אזוי 
נוט". באַלד האָט די פּאָר פאָלק זיך אויפגעהויבען און איז 
אוועקנענאננען. עס האָט זיך ארויסנעצייגט, אז זי האָט זעהר 
ניט קיין וואזשנע פינור, און אין נאָך אביסעל א קריפּעל אויך 
דערצו... איהר מאן אין געווען א שעהנער יונג מיט אַ שעהנער, 
פעסטער פינור. איך האָב זיי באקוקט און נגעשוויגען, 

--- ער איז זעהר אַ צונעלאָזענער, -- האָט דער מאָנטרעא- 
לער באַמערסט, -- זעהט איהר דען ניט, וואס דאָ איזן? זי 
איז מסתמא פון רייכע עלטערען, האָט מען איהם געקויפט, די 
סחורה, 

-- און װי עס שיינט. טראָגט זי נאָך די הויזען אויך, -- 
האָב איך באמערקט, 

--- ווער קען וויפען? -- איז דער קענעדער געווען נים 
אינפאַרשטאַנען, -- אפשר איז דאָס נאָר פאר לייטען. אפשר 
קייט זי ביי איהם די ערד. 

איך געדענס אַ ביוטי קאָנטעסט -- אַ קאַנקורס צו באַשט 


219 בלעטער פון מוון לעבען 


מען ווער עס איז די שעהנסטע פרוי אָדער קינד. איינענטליך, 
זיינען דאָס נגעווען צוויי אָדער דריי צוזאמען. א מויד מיט אַ זעהר 
לאַנגער נאָז און איהר מוטער האָבען קיינעם ניט געלאָזט דורכגעהן 
דורך דער גאַס; מען מוז איהר געבען אַ שטימע, אַז זי איז די 
שענסטע אין נאַנץ קאַרלסבאַד,. איך געדענק אויך אַ מוטער, װאָס 
אין געגאַנגען מיט א אינגעלע און ,געקענוועסט" שטימען פאַר 
איהם, אַז ער איז דער שענסטער אין קאַרלסבאַד. א גאַנצען טאָג 
האָט זי דעם איננעלע אַרומנעשלעפּט. ער האָט אויסנעזעהן מיד 
און שלעפעריג, אָבער די מוטער האָט איהם ניט אָפּגעלאָזען. זי 
האָט געזאמעלט שטימען כלומר'שט פאר דעם איננעלע, אָבער 
אין דער אמת'ן פאר זיך אלס די מוטער פון דעם שענסטען 
קינד, 


8 


דר. זיף. --- מאַקס נאָרדאַו. -- קאַרלפכאַדער רפואהח- 
קװאַלען. 


איין נאָכמיטאג, שפּאַצירענדיג איבער'ן גאס, האָב איך בא- 
געגענט דר, זיף'ן, אַ גוט-באַקאַנטען ציוניסט פון נין יאָרק,. וי 
מיר זיינען אזוי געשטאַנען און געשמועסט, איזן פארבייגענאנ- 
גען אַן אלטע פּאֶר פאָלק, אַ סאַן מיט אַ זעהר גרויסער, זעהר 
געדיכטער און שווערער ווייסער באָרד און אַ דאַרע ניט-הויכע 
פרוי. זיף איז צו זיי צונעלאָפען, זיך װאַרים באַגריסט, און דאַן 
מיך פאָרגעשטעלט פאַר זיי. דער אַלטער מאַן איז געווען מאַקס 
נאָרדאַו,. ער האָט מיר אויסנעזעהן אַ סך עלטער און מעהר פאַר- 
עלטערט, זוי איך האָב זיך פאָרגעשטעלט. מיר האָבען פאַר- 
בראַכט נאָר אַ פּאָר מינוטען אין נעשפּרעך, און מיר האָבען אִפַּ- 
געמאַכט זיך ווידער צו טרעפען --- אויף אַן אַװענט. דאָס אין 
אָבער ניט פאַרװירקליכט געװאָרען. פֿאַרװאָס געדענק איך ניט. 

* *+* * 

מיין פרוי איז נעקומען פון קיעוו. סיר האָבען שפּאַצירט 
צוזאמען, צונעהערט די מוזיק צוזאמען, בייגעוואוינט קאָנצערטען, 
פאָרשטעלוננען. די װאַסערען האָט זי ניט געטרונקען. אין דער 
זעמע? פּראָצעסיע האָט זי אָבער אנטייל גענומען מיט אַזאַ ‏ חשק 


ווידער אין אווראָפּאַ 218 


וי איך. ‏ דעם אננענעמסטען איינדרוק האָט אויף אונז נעמאכט 
אַ קאַנצערט פון אַ באַריהמטער רוסישער זינגערין. איהר , קאָלאָ- 
קאָלטשיקי בובענטשיקי" קענען מיר נאָך עד היום ניט פאַרגעסען. 

װאָס אנבאַטרעפט די היילוננ, נאָך וועלכע מען קומט קיין 
קאַרלסבאַד, האָב איך נעטאָן, װי אלע טוען,. איך בין אריין צו 
אַ דארטינען דאָקטאָר, און ער האָט מיר פארשריבען א קורס 
פון וואסערען צו טרינקען,. צוערשט אזא און אזא וואסער, אזוי" 
פיל און אזויפיל יעדען פרימאָרגען, שפּעטער מעהר, און דאן 
נאָך מעהר, און אַזױ וייטער. יעדען אינדערפריה פלענ איך 
שטעהן מיט מיין מעטאַלענעם קריגעלע ביי דעם אָדער יענעם פון 
די קװואַלען אין אַ לאַננער רייהע מיט אַנדערע פּאַציענטען. מיר 
האָט זיך געדאכט, אז איך קען אויסטרינקען אַלע װאַסערען פון 
קארלסבאד מיטאַמאָל,. איך האָב ניט פאַרשטאַנען, פארװאָס מען 
דאַרף געהן שטופענווייז מיר איז די געשיכטע סתם געווען אינ- 
טערעסאַנט, און איך פלענ זיך קוים דערווארטען אויף דער 
צייט, ווען מען דאַרף נעהן צו די קװאַלען. 

מיר זיינען איינגעשטאַנען אין אַ קליינעם האָטעל מיט'ן נאָ- 
ימען , די גאָלדענע קראָנע?. ניט וייט פון דארטען האָט זיך 
געפונען דער קוואל? פון הייסע וואסער, וואס שפּריצט פון דער 
ערד הויך ארויף. איך פלעג זיצען ביי מיין פענסטער און קו- 
קען אויף דעם הויכען הייסען פאָנטאַן מיט די װאָלקענס פּאַרע, 
װאָס געהען פוֹן איהם. דער דאָזינער פאָנטאן אין אין מיין גע- 
דאַנק געווען פאַרצייכענט, אַלס דער קעניג פון אַלע קאַרלסבאַדער 
קוואלען; האָב איך געהאַט אַ מאָדנע אמביציע -- צו טרינקען 
פון איהם. פיין דאָקטאָר האָט מיר אָבער געזאָגט, אן איך 
דאַרף דאָס ניט,. בין איך געווען ענטוישט. 

דער דאָקטאָר האָט ערקלערט, אז איך בין געזונט וי א 
מויער, און ער האָט געהאָפט, אז מיין מאָנען װועט מיך מעהר 
ניט באַאונרוהינגען,. און ווירקליך, די נאַנצע צייט, װאָס איך 
בין געווען אין קאַרלסבאד, האָב איך זיך נעפיהלט פאָלשטענ- 
דינ נוט און אין דער בעסטער שטימוננ. איך האָב שוין גענו- 
מען גלויבען, אַז קאַרלסבאַד האָט מיך אויסנעהיילט,. אין האַר- 
צען האָט מיך נעפּיקט אַ צוייפעל, איך האָב איהם אָבֶער איג- 


214 בלעטער פון מוון לעבען 


נאָרירט. איך האָב שוין גענומען זיך פאָרשטעלען, אַזן אין 
קאַרלסבאד לינט אַן איבערנאאטירליכע קראפט,. אין איהרע וא- 
סערען האָב איך קיין אמונה ניט נעהאט, אָבער אין איהר מיל- 
דער פריינדליכער לופט יאָ. עפּעס אַזױי וי דיזע לופט האָט דעם 
כח קראַנקהייטען צו פארטרייבען. 


4 
א באזוך ביי דעם טשאָרמקאָװער רבי'ן אין מאַריענבאַד. 


װי עס איז שוין אויבען באַמערקט נגעווארען, פלענט דער 
טשאָרטקאָװער רבי (זיין פולער נאָמען איז געווען ר' דוד פריך- 
מאַן) פאַרברענגען זיינע זומערען אין מאריענבאד, און עס אין 
געווען אַ טייל פון מיין פּראגראם איהם צו באזוכען, ווען איך 
װעל זיין אין קארלסבאד, װאָס אין ניט וייט פון מאַריענבאד. 
אלזאָ, בין איך איצט אַהין אריבערגעפאהרען. איך האָב זיך 
נאָכנעפרעגט, און מען האָט מיר געזאַנט, אַז ער ואוינט אויף 
קייזער שטראסע. מען האָט מיר אננעוויזען דעם פּלאץ,. א 
ניש-קשה'דינע הויז אויפ'ן אויסזעהן, א נאַנץ היבשע. אֵרום ניו 
יאָרק וואוינט אין אַזא הוין אַ פאַמיליע פון דעם קלענערען מי- 
טעלען קלאַס אין די זומער-פּלעצער, װאָס לינען ביים ים, וי 
בעלמאַר, ראַקאָװעי אָדער עדזשמיר, למשל. דער פאָדערצימער 
איז געווען פול מיט חסידים. עס האָט זיך אָבער נלייך געמערקט 
אַן אונטערשיד צווישען דיזען פּלאַץ און דער וואוינונג פון דעם 
בעלזער רבי'ן. דאָ האָט אַלץ אויסנעזעהן באַלעבאַטישער, אין 
אַ מאָדערנעם זין פון װאָרט, 


איך האָב געפרענט, וי אזוי איך קען זעהן דעם רבי'ן. 
אויף דעם האָבען אייניגע אָפּנעענטפערט מיט בליקען פון אי- 
בערראשונג, באַקוקענדינ מיך פון קאָפּ ביז די פיס, און אַנדערע 
מיט פראנען: וער בין איך ?4 צו וואס דארף איך איהם 
זעהן ? איך נלויב ניט, אז צווישען די פראנע-שטעלער האָט 
זיך געפונען דעם רבי'נס פּערזענליכער נבאי. אויף די פראגען 
האָב איך ניט געענטפערט. איך האָב נאָר ערקלערט, אז איך 
וויל זעהן דעם רבי'ן. 


ווידער און אווראָפאַ 218 


-- איז ער דאָ? -- האָב איך געפרענט. 

--- יא, אָבער ווער זייט איהר? װאַרט, אזוי ארייננעהן 
צום רבי'ן קען מען דאָך ניט. 

איך האָב באשלאָפען צו פּרואווען אריינגעהן צו איהם דוקא 
,אַזױ", און איך האָב זיך אַװעקנעלאָזען אין די אינויינינסטע 
צימערען. אימיצער אין נאָך מיר נאָכגעלאָפען, גע'טענה'ם, 
אז מען טאָר ניט נעהן ניט אנגעפרענטערהייט. איך האָב אָבער 
אויף יענעם געגעבען אַ בייזען מאַך מיט דער האַנט, און איך 
בין אריין אין דעם נעקסטען צימער, דער חסיד האָט מיך 
ווייטער ניט נאָכגעיאנט. אפשר האָט ער געהאט דרך ארץ פאר 
מיין ניט-חסידישען אויסזעהן... פון דעם צוייטען צימער בין 
איך אַריין אין אַ דריטען. עס האָט אויסגעזעהן, וי א קלינער 
זאָל פון אַ מיטעלמעסיג רייכער פאַמיליע. עס אין דאָרטען 
קיינער ניט געווען. 


די טיר פון דעם נעקסטען צימער אין נעווען האלב אָפען. 
איך האָב אַריינגעקוקט און האָב דערזעהן א מאַן פון איבער- 
פופציג, מוֹן מיטעלען וואוקס, מיט בלאָנדליכע האָר, מיט גרויסע 
אויגען, וועלכע האָבען נעמאַכט דעם איינדרוק, אז זיי זיינען 
עטװאָס קאַסאָקע. ער איז געווען גאנץ אנשטענדיג געקליירט, אין 
אַ זיידענער קאַפּאָטע, ניט קיין צו לאַננע. אַזױ נעהט אַ ריי- 
כער אידישער סוחר פון דעם פאַרצייטינען שניט. ווער דאָס 
איז, האָב איך ניט נעוואוסט. איך האָב זיך געקלערט: אמשר 
איז דאָס דעם רבינ'ס אַדיוטאַנט? דערזעהענדיג מיך, איזן ער 
אריינגעקומען אין דעם קליינעם זאָל און געפרענט, וועמען איך 


דאַרף. 

--- איך בין אַן אַמעריקאַנער קאָרעספּאַנדענט, -- האָב 
איך געזאָגט, וואו קען איך זעהן דעם רבי'ן? 

--- איך בין דאָס, -- האָט ער געענטפערט, אַביסעל פאר- 


שעמט, און האָט מיך געבעטען זיצען. מיר האָבען זיך ביידע 
געזעצט און גענומען שמועסען. ער האָט מיך ניט פאַרװאָךר- 
פען מיט אונרוהינע פראַנען, װי דער בעלזער האָט געטאָן. ער 
איז געווען געלאַסען און גאַסטפרײינדליך אויף א מאָדערנעם 


20 בלעמער פון מוין לעבען 


שטיינער, בשעת ער האָט גערעדט האָב איך באַמערקט, אז איין 
אויג זיינע גיט פון צייט צון צייט א ציטער -- א גערוען- 
פעהלער אַזאַ. 

אין זיין ריידען האָבען זיך דורכנעוואָרפען דייטשע ווערטער. 
איך האָב שפּעטער פאַרצייכענט עטליכע פון זיי, און איצט זעה 
איך זיי אין מיין נאָטיץ-ביכעל. דאָס זיינען די ווערטער ,איני- 
ציאטיווע", ,קאָנפליקט", גגענענזייטיג", ,אונצופערלעסינ", 
,, אינערליך", , אויסערליך"?,. ער האָט גערעדט מיט מיר, וי עס 
װאָלט גערעדט אַן ערפאהרענער אידישער סוחר, וועלכער אין אַ 
איד א למדן און אַ נביר,. עס איז דייטליך געווען, אז אין וועלט- 
ליכע ענינים אין ער מעהר ענטװיקעלט, װי דער בעלזער. אויף 
פילע פראגען האָט ער מיר, איינענטליך, נענעבען דעמזעלבען 
ענטפער, וי דער בעלזער, נאָר אויף אַן אנדערען שטיינער, אויף 
מיין פראנע, צום ביישפּיל, פאר וועמען ער ראַט זיינע חסידים 
צו שטימען ביי די װאַהלען, פאר די פּאָליאקען אָדער די רוטענער, 
האָט ער געזאָנט: 

--- מיין מיינוננ איז, אַז מיר דאַרפען האַלטען מיט די פֹּאַ- 
ליאַקען, וויי? מיר זיינען זעהר שוואך, און ווען סיר געהען מיט 
זיי, קומען אַרױס פאַר אונז פילע טובות. 

--- אויב אַזוֹי, -- האָב איך ווייטער נעפרענט, --- טאָ ווא- 
רום זאָלט איהר ניט דירעקט אונטערשטיצען די עסטרייכישע 
רענירוננג? פארװאָס עפּעס נראָד די פּאָליאקען? | 

--- געהענדיג מיט די פּאַליאקען, נעהען מיר שוין ממילא 
מיט דער אַלגעמיינער רענירוננ, װואָרים זיי געהען אימער מיט 
דער רעגירוננ. 

דערביי איז זיין פּנים באליכטען נעווארען מיט אַ שמי- 
כעל, אזוי װוי א למדן אַ איד, װאָס שמייכעלט מיט הנאה פון א 
פּשט'על, מיט וועלכען ער טייטשט איין א שטיקע? נמרא, 

--- די פּאַליאקען זיינען פאר אונז נוטע לעהרער, וװאָרים 
זיי זיינען דאָך איינענטליך אויך עלענד. מען האָט ביי זיי צונע- 
נומען זייער חיים, אָבער דורך דעם, װאָס זיי האַלטען זיך מיט 
דער רענירוננ, איז זיי גוט אין עסטרייך. אלזא, דארפען מיר 
זיך לערנען ביי זיי פּאָליטיק, 


ווידער אין אויראָמאַ 217 


איך האָב געפרענט ווענען זיינע באַציהוננען צו די ציוניס- 
טען. 

--- די ציוניסטען ? -- האָט ער געענטפערט, -- איך האָב 
צוֹ זיי נאָר נים. אַ איך אין א איד, און פארװאָס זאָל איך 
זיי באַקעמפען 4 װאָס פאַר אַ באַדייטוננ האָבען זיי דאָ? דאַָ 
איז גאַליציע, נים ציון. דאָ אין קיין ציוניסטישע פּאַליטיק 
ניטאָ,. גאַליציע איז דאָ וויכטינ, ניט ציוניזם. זיי ווילען א 
צווניסטישע פּאָליטיק אין גאַליציע, און מיט דעם בין איך אַב- 
סאָלוט ניט איינפאַרשטאַנען מיט זיי. אָבער וועמען אַרט דאָס ? 

איך האָב פאַרקירעװועט אונזער נעשפּרעך אויף דער ארביי- 
טער פראגע,. איך האָב ניט געװאָלט, אַז ער זאָל וויסען, װאָס 
פאַר אַ צייטונג איך רעפּרעזענטיר, װואָרים דאַן װאָלט ער פילייכט 
ניט גערעדט אַזױ אָפען. און איך האָב געװאָלט פון איהם 
באַקומען זיין אמת'ען שטאַנדפּונקט ‏ איך נעדענק ניט גאנץ 
גענוי, װואָס פאַר אַ צייטוננ איך האָב אָנגערופען, אַלס דעם 
אָרגאַן, וועלכען איך רעפּרעזענטיר איך גלויב, אַז איך האָב 
איהם דערצעהלט דיזעלבע געשיכטע, וי דעם בעלזער רבי'ן, אַז 
איך בין אַ קאָרעספּאָנדענט פון אן עננלישער צייטונג אין אמע- 
ריקא, אָבער אז וואוינען וואוין איך אין לאָנדאָן, 

ווענען דער אַרבײיטער פראנע האָט ער געזאָנט דאָס פאָל- 
נענדע : 


--- ווען אָרימע אַרבייטער ווילען, אז מען זאָל זיי העכערען 
זייערע שכירות, איז דאָס קיין עולה ניט. ואָרים דער יקרות 
איז גרויס, און מיט קליינע שכירות איז שווער צוֹ לעבען. דער 
אומנליק איזן אָבער, אזן דאָס אַלְץ שטאַמט פון סאַציאליזם, 
און די סאַציאליסטען אַרבייטען איבערהויפּט נענען די רייכע. 
און פון וועמען האָבען דאָס די רייכע ? פון גאָט! דעריבער 
איז די סאַציאליסטישע באַװענונג א שלעכטע באַװענונג. עס 
איז א באועגונג גענען נאָט. דעם ארבייטער אין שלעכט? 
און דעם קליינעם נעשעפטסמאן אין דען בעסער? פאר אַלע- 
מען איז פאַראַן איין האָפנונג,. די האָפנונג אויף משיח'ן. דאָס 
איז אַ העכערע זאַך וי סאַציאַליזם, 


218 בלעטער פון מוין לעבען 


דאַן אין ער געװאָרען נאָך מעהר ,מאָדערן?" אין זיין 
ריידען, ער האָט פארצוינען אַן אַרגומענט װענען קאַפּיטאל 
און אַרבײט. 

--- דער אַרבייטער ניט זיין אַרבײט, -- האָט ער געזאָגט 
מיט אַ טיפען אינטערעס אין דעם ענין, -- אוֹן דער קאַפּ- 
טאַליסט גיט זיין קאַפּיטאל, די סאַציאליסטען אָבער איננאָרירען 
דעם קאפּיטאל איננאַנצען,. אזוי וי מען װאָלט געקענט אויסקו- 
מען אויף דער וװעלט אֶהן דעם. 

--- וי ווייט איך פאַרשטעה, -- האָב איך באַמערקט, -- 
זאָנען די סאָציאליסטען ניט, אן מען קען אויסקומען אֶהן קאַ- 
פּיטאל, נאָר אֶהן קאפּיטאליסטען. | 

--- וי אזוידזשע װעט מען פיהרען די אינדוסטויע? -- 
האָט נעפרענט דער רבי, -- קאאָפּעראַטיוו? דאָס טוג ניט. 
די ענטוויקלונג פון די אינדוסטריען קען קומען נאָר דאַן, וען 
עס וװועט זיין דער אינטערעס און די איניציאטיווע, אונטערנע- 
מוננס-גייסט, פעהיגקייט און אַ באַלױנונג פאר דעם, וואס באַ- 
זיצט דאָס אלץ. 

איך האָב איהם נעפרעגט, װאָס ער דענקט וװענען ארביי- 
טער, וואס פארנעמען די פּלעצער פון סטרייקער, 

--- דאָס איז ניט נוט, -- האָט ער געענטפערט. -- דאָס 
קען פאַרשפּרײטען אַנטיסעמיטיזם. מען װעט זאָגען, אַז אידען 
פיהרען זיך ניט אויף נוט. אידישע בעל-מלאכות דארמפען 
זעהן, אז מיר זאָלען האָבען אַ גוטען נאָמען. 

--- װאָס איז אייער מיינונג, רבי, זאָלען אידען האָבען 
טרייד-יוניאנס אָדער ניט ? | 

--- יאָ, זאָלען זיי זיי האָבען. זאָלען זיי זיך אַרגאַניזי- 
רען; אָבער נאָר צו פאָדערען דאָס, װאָס אין רעכט, און ניט 
אויפצורייצען דעם עולם נענען די רייכע. אידען דארפען ווייכען 
פון סאַציאליזם. אונזער פליכט אין צו מאַכען שלום צווישען 
אַרבײט און קאַפּיטאל, אידען דאַרפען זיך אימער איינשטעלען 
פאַר פרידען. 

דיזע ווערטער האָט ער איבערנעזאַנט עטליכע מאָל. איך 
האָב איהם ערקלערט, אז צוישען קאַפּיטא? און ארבייט קען 


ווידער אין אווראָמאַ 20 


מען קיין שלום ניט מאכען, װאָרים זייערע אינטערעסען זיינען 
גענענזייטיג. 

--- נו, אויב דאָס איז אונמענליך, אין שלעכט. מיר קע- 
נען די וועלט ניט איבערמאכען. 

-- איהר האָט דאָך אודאי געהערט װענען דעם אמערי- 
קאנער פּרעזידענט רוזוועלט, וי אזוי ער האָט געפּרואווט מאכען 
שלום צווישען קאַפּיטא? און אַרבייט ? 

-- יא, איך האָב געהערט פון איהם (צו מיין איבערראאשונג, 
האָט ער רוזוועלט'ען אָבער גערופען ראָזענפעלד). אָבער דאָס 
האָט ער דאָך צונעזאָגט צו טאָן, ווען ער האָט געװאָלטי ווערען 
פּרעזידענט, 


ער האָט געוואוסט, אַז רוזוועלט איז נעלאָפען גענען טעמט'ען 
און אַז ער איז דורכגעפאלען, | 

איך האָב איהם געפרענט, ווער עס װאָלט, נאָך זיין מיי" 
נונג, געווען א בעסערער פּרעזידענט, רוזוועלט אָדער טעפט, 

--- פאַר אידען איז אַלץ איינס, גלויב איך, -- האָט דער 
רבי געזאָגט, --- איידער זיי קומען צו צום בענקעל, זאָגען זיי 
אייך צו הרים ונבעות. דערנאָך, ווען זיי זיינען שוין ער- 
וועהלט, פארגעסען זיי, וואס זיי האָבען צוגעזאָגט. אָבער דער 
עיקר איז דאָך די מלוכה, און ניט דער פּרעזידענט; און די 
מלוכה פון די פאַראיינינטע שטאַטען אין דאָך גוט צו אידען, 
װוער עס זאָל ניט זיין פּרעזידענט, צי ראָזענפעלד, צי טעפט. 


--- װאָס איז אייער מיינונג װוענען דעם, װאָס אידישע קינ- 
דער פון נאַליציע נעהען איצט אין די פּוילישע נימנאַזיעס און 
ריידען צווישען זיך פּוליש? 

-- עס איז טאַקע שלעכט, -- האָט ער געענטפערט. -- 
אידען דארפען עפענען אן אנודת ישרא? צו באקעמפען דעם 
שלעכטען איינפלוס, װאָס מען האָט אויף אונז,. זעהט, אז אייער 
צייטונג זאָל מיטהעלפען אין דעם, 

דערנאָך האָט ער געבעטען, אז איך זאָל ניט האָבען קיין 
טעות אין זיין װאָרט , שלעכט". ער מיינט, אז דאָס אין שלעכט 
נאָר אזוי ווייט, װוי עס האָט צו טאָן מיט דער אידישער אמונה, 


200 בלעמער פון מוון לעבען 


אזוי אָבער האָט ער נאָר ניט דאַנעגען, אז מען זאָל זיך לערנען 
פּויליש. מען דאַרף קענען די לאנד-שפּראך. 

-- ענטשולדינט מיר, רבי, איך על זיך ערלויבען צו מא- 
כען אייך אַ פּערזענליכען קאָמפּלימענט. איך אַלין בין ניט 
אויפגעהאָדעװעט געװאָרען אין אַ חסיד'ישער הויז, און מיין 
באַגריף ווענען אַ חסיד'ישען רבי'ן איז געווען אַ גאַנץ אַנדערער, 
װוי דאָס, װאָס איך געפין אין אייך. איהר זייט אַ סך קולטן- 
רעלער, מאָדערנער. 

ער האָט א שמייכעל? נעטאָן, זיין נערוועזע אוינ האָט גע- 
נומען ציטערען, האָט זיך אָבער באַלד באַרוֹהינט, און זיין 
בלאָנדליכער פּנים האָט געשיינט, בשעת ער האָט געזאָגט: 

--- די וועלט ווערט אַנאַנדערע, מוז דער רבי אויך זיין אַנ- 
אַנדערער. מיר מוזען פּראָגרעסירען מיט דער װעלט. אָבער די 
אידישקייט, די אידישקייט --- דאָס טאָר ניט געענדערט וערען. 
די ווי'ישע וועלט האָט אויך נענוג חכמים, און מיר קענען 
זיך לערנען ביי זיי, אָבער דאָס אַלְץ איז א ביי"זאך, א קליי- 
ניגקייט. דער תוך איז די חכמה, וואס אונזערע היילינע ספרים 
לערנען אונז. 

2 * * 

צווישען די נאָטיצען, וואס זיינען ביי מיר נעבליבען פון מיין 
באזוך ביי דעם טשאָרטקאָװער רבי'ן, געפין איך דאָס פאַלגענדע : 

,דער סאַכאַטשאװער, אַן אַלטער מאַן, א שעהנער, אן אנ- 
גענעהמער. קיין נאַר געוויס ניט". 

איך האָב איהם געזעהן, ווען איך בין ארויסגעקומען פון 
דעם טשארטקאווער, ער איז נעזעסען מיט אַנדערע חסידים אין 
א פאָדער-צימער, און איך האָב מיט איהם געהאַט א קורצען 
שמועס. דאָס איז אלץ, װאָס איך קען זיך עראינערען. (סאכא- 
טשאוו איז א שטעדטע? אין רוסיש-פּוילען, און דער סאכאטשא- 
ווער רב האָט געהאט אַ שם פאַר אַ גרויסען למדן). 

ווען איך בין געגאנגען צום באהן, איז נאָך מיר נאָכגעלאפען 
אַנאַנדער חסיד. | 

--- איהר זייט געווען ביים רבי'ן? --- האָט ער געפרעגט, 


ווידער אין איוראָפּאַ 201 


--- איך האָב געזעהן, וי איהר זייט אַרוסגעקומען פון זיין 
הויז. 

ער האָט מיך באגלייט צום באַהן. מיר האָבען געשמועסט. 
איך האָב דערמאַנט מיין באזוך ביים בעלזער רבי'ן. 

--- דער טשארטקאָווער איז גאָר פון אן אַנדער גאטונג, --- 
האָט ער געזאָגט. -- דער בעלזער איז װאָל, דער טשאַרטקאָװער 
איז זייד, ער איז אי הייליג, אי אַ וועלט-חכם. ווען דער עולם 
הערט אויף צו נלויבען, מוז מען ויסען, װי איהם צו נעמען 
מיט וועלטליכער חכמה. האָט דער טשארטקאַװער זיך דאָס 
אויך אויסגעלערענט. עס אין ניטאָ א זאַך, װאָס ער קען ניט. 
אלץ, װאָס מען לערענט אין אן אוניווערסיטעט, אין ביי איהם 
אַ שפּאַס. קיין וויענער פּראָפּעסאר. װאָלט זיך ניט געסענט שטע- 
לען גענען איהם. 


(5 
סעפּטעמבער וועטערען ברענגען אַלטע װעהטאָגען, 


די רייזע פון מאַריענבאד קיין קארלסבאד געדויערט ויינו- 
גער װי א שטונדע, דאכט זיך. ‏ ווען איך בין געקומען אַהין, 
האָב איך ווייטער געטרונקען די װאַסערען, ווייטער אנטייל גע- 
נומען אין זעמעל-פּראָצעסיעס, ווייטער זיך געקװויקט מיט דער 
לופט און מיט דער מוזיק. 

איך האָב אין קאַרלסבאד פארבראכט צויי פון די אנגע- 
נעמסטע װאָכען אין מיין לעבען, וי ווייט איך קען זיך ערינע- 
רען, איז דאָרטען ניט געווען קיין איין מאָמענט, ווען מיר אין 
נים געווען פרעהליך אויפ'ן הארצען, 

עס איז געקומען סעפּטעמבער. עס איז געווארען קאַלט און 
פייכט,,, און --- איין מאָל ביינאַכט, האָב איך דערפיהלט מיין 
אלטען נאַסט: אַ קניפּענדען װעהטאָנ אין מאָנען. 

דער נעקסטער טאָג אין געווען א שרעקליכער. שמערצען 
אֶהן אַ שיעור {; די שאַרפסטע שמערצען, װאָס איך האָב ווען עס 
איז געהאַט. דער נעפיחל, אז איך בין באַפרייט פון מיין חולאת, 
איז פאַרשוואונדען, עפּעס אזוי וי מען װאָלט מיר אָפּגעטאָן 


209 בלעטער פון מוון לעבען 


אַ שפּיצעל, גענעבען מיר דעם איינדרוק, אז איך בין פאָלשטענ- 
דיג נעזונט, אויף א פּאָר װאָכען, מיט אַ כיון, כדי מיך פֹּלוֹצַי 
צונג ווידער אריינצואװאַרפען אין נהינום אַרין. אזוי אין 
געווען מיין שטימונג,. זי איז אָבער ניט געוװען איננאַנצען פריי 
פון הומאָר... מיר האָט זיך געדאכט, אז איך לאַך פון זיך אַלײן. 
אין מיינע אויערען האָבען געקלונגען די ערנסטע װערטער פון 
מיין ניו יארקער דאָקטאָר, דזשייקאָב קויפמאַן, וועלכער האָט מִיר 
שטאַרק געראטען צו האָבען אַן אפּעראציע; אַז די וואונד אין 
דעם ווענטע? פון מאָנען ווערט אַלץ טיפער, טיפער; אז די 
ווענטעל איז אַ דינע, און אז ביסלעכווייז װועט זי דורכגעלעכערט 
ווערען, 


6 
בערלין. --- װאָרען-הייזער (דעפּאַרטמענט-סטאָרס), 


איך בין געקומען אין בערלין מיט אומבאַשרייבליכע קאֶפּ- 
שמערצען, --- דער ספּעציעלער סאָרט, וועלכען איך פלעג אֶפט 
האָבען, ווען איך האָב געהאַט מיין מאָנען קראנקהייט. מיר 
דאכט זיך, אז אַזאַ קאָפּיוװועהטאָג האָב איך נאָך סיינמאָל ניט גע- 
האַט, ניט פריהער און ניט שפּעטער,. צוזאמען מיט דעם האָב 
איך נעפיהלט אַ שרעקליכע איבעלקייט. עס האָט אויסגעזעהן, 
אַזוי װוי אַ טייוועל װואָלט געשטשירעט מיט די צייהן צו מיר און 
געזאָגט: , דו האָסט געמיינט, ביזט שוין געזונט, הא? האָסט 
זיך צופיל? געאיילט זיך צו פרעהען". 

מיר האָבען זיך אָפּנעשטעלט אין א קליינעם האָטעל לעבען 
דעם ,ווינטער נאָרטען". די נאַכט איז געװען אַ נאַכם פון 
יפורים, אויף מאָרנען אָבער האָב אִיךְ זיך געפיהלט בעסער. 
די מאָנען-שמערצען האָבען זיך באַװיזען עטליבכע מאָל א טאָג. 
איך האָב זיך אָבער צו זיי באַלד צונעוואוינט, װי צו אן אלטען 
באַקאַנטען. 

מיר זיינען געגאנגען באַקוקען די שטאָדט, -- די גרויסע 
קראָמען,,. די פּאלאצען, די מוזעאומס, די נייע פּאַרלשמענט גע" 
ביידע אין די ניינצעהן יאהר האָט זיך בערלין געענדערט, נע- 
ווארען רעש'דיגער, גלענצענדער. 


ווידער אין אווראָטאַ 298 


מיר האָבען באַזוכט דעם קענינליכען פּאַלאַץ. וילהעלם 
דער צווייטער איז נאָך דאַן, נאַטירליך, געווען אויפ'ן טראָן. די 
גרויסע וועלט-מלחמה, וועלכע האָט זיך פאַרנאַנדערנעפלאַקערט 
מיט צוויי יאֶהר שפּעטער, און וועלכע האָט נגעמאַכט א סוף צו 
זיין הערשאַפט, מיט דעם טראָן מיט אַלעמען, האָט זיך נאָך דאן 
איהם ניט גע'חלומ'ט. ער האָט זיך דאַן נעפונען אַנדערשואו, 
--- אין פּאָטסדאַם, דאכט זיך,. אלזאָ, האָט מען געקענט אַרײנ- 
קומען און באַקוקען די גרויסע זאַלען מיט זייערע אוצרות. צו- 
ערשט האָט מען אונז מכבד געווען מיט גרויספע פעלטענע אויבער- 
שיך. עס איז ניט געווען זעהר אנגענעהם צו נעהן אין זיי, אָבער 
פאַר די פיינע פּארקעטען איז דאָס געווען געזינטער מען האָט 
אונז דורכגעפיהרט צענדליגער זאַלען. מיר האָבען געזעהן מאסען 
קאָסטבאַרע מעבעל, קונסט-װוערקװואַזעס, סקולפּטור, טאַפּעטען, 
בילדער, זילבערנע, גאָלדענע, קריסטאָלענע כלים. 

ניט ווייט פון דעם קענינליכען פּאַלאַץ, פינף מינוט גאַנג 
אומגעפער, האָט זיך געפונען דער פּאַלאַץ פון דעם קרוין-פּרינץ. 
און גראָד דאַן, ווען מיר זיינען אַרוױסגעקומען פון דעם קעניגליכען 
פּאַלאַץ, איז ער צוגעפאָהרען צו זיין וואוינונג אין אַן אִטאָ- 
מאָביל, קיין גרויסע צערעמאָניעס האָט מען דערביי ניט נעמאכט, 

ניט ווייט פון דאָרטען געפינט זיך אויך אַ בילדער נאַלע- 
ריע. האָבען מיר דאָרטען פאַרבראַכט עטליכע שטונדען. 

ִ* * * 

איך האָב זיך דאַן פֿאַראינטערעסירט מיט די בערלינער 
דעפּאַרטמענט סטאָרס אָדער װאַאַרען-הייזער, וי מען רופט זיי 
אויף רייטש. די גרעסטע סטאָר איז דאַן געווען ווערטהיימער'ס, 
און די צווייטע גרעסטע -- טיטס'עס. דאָס זיינען ווירקליך 
| געווען גרויסע דעפּאַרטמענט סטאָרס, ניט קיין קלענערע וי 
אין אמעריקא. סיט ניינצעהן יֹאָהר פריהער האָט בערלין אזעל- 
כע נעשעפטען ניט פאַרמאַנט. צו עטליכע שטונדען האָב איך 
פארבראכט אין יעדער פון זיי. און די שטאָדט האָט שוין דאן 
געהאַט עטליכע אַנדערע דעפּארטמענט סטאָרס אויך. א פּאָר 
פון זיי זיינען געווען אָפּטײלונגען פון טיטס'עס גרויסען געשעפט. 
אין אַלגעמײן מאַכען זיי דעמזעלבען איינדרוק, וי די גרויסע 


04 בלעטער פון מוון לעבען 


דעפּארטמענט פטאָרס אין ניוֹ יארק, פילאדעלפיע אָדער שיקאנא, 
זיי זיינען אָבער אַנדערש אין פילע איינצעלהייטען. עס דוכט זיך. 
אייך, אַז די קרעמער און קרעמערקעס זיינען מעהר פארשטייעט, 
מעהר צוטומעלט, וי אין אַמעריקא, אין סך הכל קומט אס 
עפּעס, אזוי וי עס װאָלט אין די װאַרען-הייזער קיין טאָלק ניט 
געווען, אָבער אין די פּאַריזער דעפּארטמענט סטאָרס איז דיזער 
איינדרוק ביי מיר געווען שטאַרקער, וי אין די בערלינער, ' 

אין טיטס'עס סטאָר האָבען מיר פאַרבראַכט אַ גאַנצען טאָנ. 
און מיט יעדער שעה איןז דער דאָזיגער איינדרוק שװאכער גע- 
ווארען. די מעטאָדען זיינען אַנדערע, און ווען איהר געוואוינט 
זיך צו צוֹ זיי, געפינט איהר, אז די אָרדנונג און סיסטעם זיינען / 
אויסנעצייכענטע, מיט דער באַריהמטער דייטשער סיסטעמאַטיש- 
סייט און פּינקטליכקייט, 

ביים אַרײינגאַנג אין סטאָר האָב איך באמערקט אַזאַ סצענע ; 
עס קומט אַרײן א פיין נעקליידעטער מאַן, טוט אויס זיין אויבער- 
ראָס מיט זיין הוט, ניט עס אפּ אַ בעאמטען און באַקומט א טשעק. 
ער האַלט אין האַנט אַ סיגאר, וועלכער איז צויי-דריטעל שוין 
אויסגערויכערט, טראַנט ער דאָס איבערגעבליבענע אַװעק צו א 
מיידעל, און זִי ליינט עס אַװעק און גיט איהם אַ באַזונדערען 
טשעק. ווען ער װועט פאַרלאָזען די קלייט, װועט ער דאָס שטיקעל 
ציגאַר צוריק באַקומען. יעדעס מאָל, ווען איך האָב דאָס שפּע- 
טער דערצעהלט אין אמעריקא, האָט דאָס אַרויסנגערופען אַ האַר- 
ציגען נעלעכטער. 

אָט שטעה איך און באַטראכט אַ , פלאָר װאָקער". ניט קיין 
הויכער דייטש אין אַ שווארצען, לאַנגען ראָק, און דער דייטש 
האָט אַ בערדעל?ל. און ער און זיין בערדעל געהען אַרום אוֹיף 
אזא ארט, אז איך האָב חשק די בערדע? א ציה צו טאָן. איך 
קוק זיך אָבער גוט צו, און איך זעה, אז ער קען זיין פאַך אויס- 
געצייכענט און ערפילט זיינע פליכטען מיט אַ מערקוירדינען 
טאָלק, מיט ענערגיע און מיט שבל, 

איך האָב דורכגעקוקט די פאַרשידענע אָפּטײלונגען, און או" 
מעטום האָב איך געפונען א פאַלשטענדינע אינערליכע ארדנונג 
און אַ שטרענגע סיסטעם. אָבער פון דרויסען האָט עס אויף מיר 


ווידער אין אויראָפּאַ 298 


דאָך געמאַכט אַ גאנץ אַנדער איינדרוק, וי אן אַמעריקאנער 
דעפּארטמענט סטאָר די פארשידענע מנהנים און אָרדנונגען זיי- 
נען דאָרטען (און איבער נאַנץ אייראָפּא) גאַנץ אנדערע, וי אין 
אן אמעריקאנער סטאָר, 

נאָך אַ ביישפּיל: 

ווען איהר דאַרפט באצאָהלען פאר דער סחורח, וואס איהר 
קויפט, נעמט די פארקויפערין ניט דאָס נעלט ביי אייך, נאָר 
זי פיהרט אייך צו צו דער קאסע. און געוועהנליך שטעהט זי 
דאָרטען מיט אייך, ביז מען ניט אייך א קויטירונג. אזוי איז 
דאָס היינט אויך. | 

מיט מיין אמעריקאנער באגריף קען איך עד חיום ניט פאר- 
שטעהן, וי אזוי עס לוינט זיך צו פארנעמען אזויפי? צייט 
ביי די קויפער און פארקויפער, ביי אונזן שיקט די סיילסנוירפ 
דאָס געלט אװועק צו דער קאסע איבער א דראָט, און בשעת 
איהר ואַרט אויפ'ן טשענזש, פארנעמט זי זיך שוין מיט אנ- 
דערע קאָסטאַמער, אין בערלין אָבער, אָדֹער אין פּאַריז, קומט 
אייך אָפּט אויס צו שטעהן ביי דער קאסע אין לאֵין, וארטענדינ 
אויף אייער ,נעקסט", און צוזאמען מיט אייך שטעהט מייס- 
טענס אייער פארקויפערין. 

+ִ * * 
| אַלץ איז מיר געווען אינטערעסאַנט, --- הויפּטזעכליך אַלץ, 
װאָס האָט אויף זיך געטראָגען סמנים פון ענדערונגען, וועלכע 
די ניינצעהן יאהר האָבען געשאַפען. אָבער דעם גרעסטען אינ- 
טערעס האָבען אין מיר אַרויסגערופען ניט אזעלכע זאַכען, וי 
אויפנעקומענע , װאָרען-הייזער", אָדער דער פאַרגרעסערטער רעש 
און גלאַנץ פון די הויפּט נאַסען, נאָר אַן ענדערונג אין דער 
סאַציאַליסטישער באַװעגונג, | 
: 7 


די בערלינער , געװערקשאַפטס-הויז". --- אַן אונטערשיד 
אין 19 יאָחר. 
די שטאָדט איז סיר געווען באַקאַנט. איך האָב זיך אַװעק- 
געלאָזען צו מיינע נענאָסען, די סאַָצואלקדעמאַקראַטען. 


06 בלעטער פון מוין לעבען 


פון דעם צווייטען באַנד פון דיזע ,בלעטער" וייס דער 
לעזער, אז מיט איהר סאַציאליסטישער באַװעגונג האָט בערלין 
ביי אמעריקאנער סאַציאליסטען געשפּילט אַזאַ ראָלע, אומנעפער, 
ווי רוים שפּילט ביי קאַטאָליקען. אין דייטשלאַנד איז ענטוויקעלט 
געווארען די ערשטע גרויסע און נוטאָרגאַניזירטע סאַציאליס- 
טישע פּאַרטײ, און זי אין אויסגעוואקסען אונטער דער דירעק- 
טער ווירקונג פון קאַר? מאַרקס, ענגעלס, לאַסאַל, -- אלע דיי" 
טשען,. זיי און די, װאָס האָבען געפירט די דייטשע סאַציאל- 
דעמאקהאטיע אין דעם נעקסטען דור, אוגוסט בעבעל'ען, ויל- 
העלם ליבקנעכט'ען און פּאול זינגער'ען, האָבען מיר בוכשטעבליך 
פארגעטערט,. אמת, אין די שפּעטערע צייטען איז דער דייטשער 
איינפלוס אויף אונז געווען קלענער, װוי אין די אַכצינער יאהרען, 
ווען ניו יאָרק איזן געווען פול מיט דייטשען, און וען אונזער 
נאַנצע באַוועגונג איז געווען ביי זיי אין די הענט; אמת איך, 
אַז זינט 1909, ווען איך בין צוריקנעקומען צום , פאָרווערטס" 
אלס רעדאקטאָר, אין מיין לעבענס-אינטערעס געװוען קאָנצענ- 
טרירט אויף דער אויפבויאוננ פון אונזער צייטונג, און איך 
פּערזענליך בין דאַן געווען א סך מעהר אַמעריקאַניזירט און האָב 
זיך הויפּטזעכליך אינטערעסירט מיט אַמעריקא און מיט אונזער 
אמעריקאנער באַװענונג. אָבער אַלץ, װאָס איז פאָרגעקומען ביי 
אונזערע גענאָסען אין אייראָפּא, איזן נאָך אונז געווען נאָהענט. 
בערלין איז נאָך אַלְץ געווען דער ירושלים פון אונזער אידעאַליזם. 
דאָך מיין אינטערעס אין איינצעלהייטען פון דעם דייטשען באַ- 
ווענונגס-לעבען אין שוין געווען שוואכער וי אמאָל. איצט 
אָבער, געפינענדיג זיך ווידער אויף דעם בערלינער באָדען, האָב 
איך זיך א װאָרף געטאָן אין גענאָסענשאַפטליכע קרייזען מיט 
א זשעדנער נייגערינקייט. 

איך האָב באַזוכט די פּאַרשידענע אַנשטאַלטען, וועלכע זיי- 
נען געווען דירעקט אָדער אינדירעקט פארבונדען מיט דער סאָ- 
ציאַליסטישער פּאַרטײ, און מיט די אַרבײטער יוניאנס, און איך 
האָב געפונען איין פורפּריז נאָכ'ן אנדערען. איך האָב, נאַטירליך, 
נעוואוסט, אז אין די פּאָר צעהנדלינ יאָהרען זיינען אין דער דיי- 
טשער באווענונג פאָרגעקומען גרויסע ענדערונגען, אָבער דייטליך 


ווידער אין אייראָמאַ 294 


זיך פאָרשטעלען, װאָס פאר א געשטאלט די דאָזינע באַװעגוננ 
האָט באַקומען, האָב איך ניט געקענט; און איצט, וען איך 
בין געווען אויפ'ן אָרט, זיינען דיזע נייעסען פאר מיר געוען 
א קװאַל פון אננענעמע איבערראשוננען. 

אין די ניינצעהן יאָהר (אָנגעפאנגען האָט זיך דאָס פריהער) 
זיינען אין דייטשלאַנד אויסנעוואקסען מעכטינע טרייד יוניאנס, 
,געװוערקשאַפטען", װוי מען רופט זיי אויף דייטש. אין פריהער- 
דינע יאהרען אין די אינדוסטריע דאָרטען געווען פארהעלטניס- 
מעסיג שװאַך ענטוויקעלט; זיינען די דאָרטינע יוניאָנס אויך 
געווען שוואך,. דערנאָך האָט די דייטשע אינדוסטריע גענומען 
מאַכען אַ ריזיגען פאָרטשריט. און אַלס רעזולטאַט זיינען די 
יוניאָנס געוואקסען װוי אויף הייווען. (איינע פון די ווירקונגען 
איז באַשטאַנען אין דעם, װאָס עס האָט כמעט איננאנצען אוים- 
געהערט די עמינראַציע פון דייטשלאַנד קיין אמעריקא. עם אין 
געווען גענוג אַרבייט אין דער היים). 

אַלץ, וואס די דייטשען טוען, טוען זיי מיט א מערקויר" 
דינגער פּינקטליכקייט און מיטם אויפמערקזאמקייט צו אזעלכע 
איינצעלהייטען, וועלכע װאָלטען דעם עננלענדער אָדער אַמערי- 
קאַנער קיינמאָל אין זינען ניט אַרינגעפאַלען. דאָס אַלץ האָט 
זיך איצט נעמערקט. 

צום ביישפּיל?ל: אין דעם ריזינען ,נעװערקשאַפטסהויז", 
די הויפּט-קװאַרטיר פון די טרייד יוניאנס, האָב איך געזעהן א 
ספּעציעלע אָפּטײלונג פאר יונגע פּאָרעלעך, װאָס קלייבען זיך 
חתונה האָבען, זיי צו העלפען קויפען מעבעל מיט נעשמאַק און 
ביליג. עטליכע צימערען זיינען געווען שעהן אויסנעמעבלירט, 
אזוי װוי אין א פוירניטשור אָפּטײלונג פון אַ דעפּאַרטמענט 
סטאָר,. דאָרטען האָב איך אין אַווענְט געזעהן, װי חתנים און 
כלות קומען אַריין, און מען וייזט זיי די מעבעל. מען האָט 
זיי אַלץ ערקלערט, נגענעבען עצות, געהאלטען גאַנצע לעקציעס 
פאר זיי. 

אַנאַנדער אָפּטײלונג האָט געהאט דעם כאראַקטער פון 
א גאסט-הויז. אין דייטשלאַנד איז פון אייבינ אָן א מאָדע, אז 
ווען א בחור לערענט זיך אויס א מלאכה, זאָל ער נאָכדעם, 


08 בלעטער פון מוין לעבען. 


װי ער דינט אויס זיין טערמין, מאַכען א רייזע איבער פאר- 
שידענע שטעדט. אומעטום שטעלט ער זיך אָפּ, ארבייט אִפּ אַ 
געוויסע צייט, ביז ער פאַרדינט גענוג פאר זיין עסען און וואוי" 
נונג און אויף צו פאָהרען ווייטער. אויף דיזער ארט וערט ער 
באקאנט מיט די פארשידענע מעטאָדען, שטיינערס, איינענאַרטיג- 
קייטען פון זיין טרייד. ,װאַנדער בורשען" רופט מען זיי. אַלזאָ, 
האָט די , געװערקשאַפטס-הױיז" געהאַט אַ ספּעציעלען האַטעל- 
כעל פאר די דאָזינע , װאַנדער בורשען". דאָס ערשטע, װאָס 
מען האָט געטאָן מיט דעם נאַסט, אין באַשטאַנען אין דעם, 
װאָס מען האָט ביי איהם צונענומען זיינע זאַכען און איהם או" 
בערגעלאָזען נאַקעט,. אזוי האָט מען איהם פאַרשלאָסען און 
זיינע קליידער דיסאינפעקצירט, אױיסנעפּאַרעט, באַפרייט פון ניט- 
געווינשטע קליינע באשעפענישען. דאַן האָט מען זיי איהם אומ- 
נעקערט. זיין לֹאֲזשי און עסען האָט איהם געקאָסט שפּאָט- 
ביליג פּונקט אַזעלכע פּלעצער זיינען אויך געווען אין די גע- 
ווערקשאפטס-הייזער פון אַנדערע שטערט. 

די הויפּט-טעטינקייט פון דער באַװענונג האָט געהאט אַ 
ריזיגען פאַרנעם. די מאַכט פון די יוניאנס איז נגעװען גרויס, 
און אַלץ איז אין זיי געווען אָרגאַניזירט און דיסציפּלינירט אויף 
דעם עכט-דייטשען שטיינער. ספיט ניינצעהן יאָהר צוריק, זיי- 
נען דייטשלאַנד'ס טרייד יוניאָנס געשטאַנען ווייט הינטער ענג- 
לאַנד'ס, נאָרניט צו פאַרגלייכען. איצט האָבען זיי שוין דעריאָגט 
די טרעיד-יוניאָנס פון עננלאַנד און אין איינינע פאַכען זיי 
איבערנעיאָנט, 

אַלע דיזע יוניאנס זיינען נגעווען דורכנעדרונגען מיט'ן סאָ- 
ציאליסטישען נייסט,. די יוניאן פיהרער זיינען געװען אויסגע- 
שפּראָכענע סאַציאליסטען און מיטגלידער פון דער סאציאל-דע- 
מאַקראַטישער פארטיי --- די פיהרער און אונגעצעהלטע מאסען 
פון די געוועהנליכע סמיטנלידער, די צענטראל קערפּערשאַפטען 
פון די יוניאנס האָבען אַרוױיסנעגעבען פאַך-אָרגאַנען, אַלץ אין 
דעם סאַציאַליסטישען נייסט. און דיזער פּונקט ברענגט אונז צו 
אַן ענין, וואס איז פאַר מיר געווען דער וויכטיגסטער פון אלץי 
וואס איך האָב דאַן געפונען אין בערלין. 


ווידער אין אווראָפּאַ 299 


8 


אן אינבערקערעניש. -- קארל לענגיען. -- א גרום פון אונזער 
פאָרווערטס". -- א שטילע אָבער וויכטיגע שפּאלטונג. -- 
סאַציאליזם פון מאָרגען און סאָציאַליזם פון היינט. -- 
נעסט פון ענגלאַנד. 


ניט אַלַּע סאַציאליסטען האָבען געקליבען נחת פון דעם 
סאָרט סאַציאליזם, וועלכען די דאָזינע פאך-אָרגאַנען האָבען גע" 
פּרעדיגט,. ואָס נעהענטער איך האָב זיך צוגעקוקט, אַלץ מעהר 
האָב איך באַמערקט, אז אין דער סאַציאליסטישער באוועגונג פון 
דיײיטשלאַנד איז אויף א שטילען אופן פאָרגעקומען אַ שפּאלטוננג. 

דער הויפּט פון דער דייטשער טרייד-יוניאן באַועגונג אין 
דאַן געווען קאַר? לעניען, וועלכער האָט מיט אַ פֹּאָר טעג פריהער 
זיך אומנעקערט פון א רייזע קיין אמעריקא. איך האָב איהם באַ- 
זוכט. דאָס איז געווען א דייטש פון די מיטעלע יאהרען, מיט 
ברייטע שולטערן, מיט טונקעל ברוינע האָר, מיט א שװערער, 
דיקליכער פינור, פון מיטעלען וואוקס, מיט אַ געלאַסענער שפּראך 
און מאַניערען און מיט אַ קלונען אויסדרוק אויפ'ן פּנים. ווען 
איך האָב איהם דערלאננט מיין קארטע, האָט ער מיך אויפגענומען 
מיט אַ ספּעציעלער פריינדליבקייט, 

--- נו, יא, איך האָב דאָך באזוכט אייער ,פאָרװערטס"- 
געביידע, -- האָט ער געזאַנט, --- (אונזער צעהן-שטאָקיגע הויז 
איז פאַרטיג געווארען אין דער צייט ווען איך בין געװוען אין 
אייראפּא, אלזאָ, האָט גענאָסע לעגיען איהר געזעהן פריהער וי 
איך),. גאַנץ אינטערעסאנט. ביי אייך נעהט אַלץ אויף דעם 
אַמעריקאַנישען שטייגער, 

מיר האָבען זיך צורעדט. עס זיינען צונעקומען אַנדערע 
גענאָסען,, און ער האָט מיך פאַר זיי פאָרנעשטעלט. ער האָט זיי 
דערצעהלט ווענען אונזער צייטונג, װוי אַזױ סיר האָבען איהר נע- 
מאכט פּאָפּולער און אויפנעבויט. אויך האָט ער זיי דערצעהלט 
וועגען אונזער , קליינעם הימעל-קראצער". איינער פון די אינ- 
גערע גענאָסען האָט זיך ספּעציעל פאַראינטערעסירט צו וויסען, 
וואס פאַר א סאָרט צייטונג דער , פאָרווערטס? איז, און וי אזוי 


0 בלעטער פון מיין לעבען 


ער ווערט רעדאקטירט,. ,דאָס אין נראָד ואָס מיר דאַרפען 
דאָ אויך האָבען", האָט ער דערנאָך באַמערקט. דערביי האָט 
ער מיר דערצעהלט, אז פילע פון די דייטשע ארבייטער באַקלאָנען 
זיך אויף דעם בערלינער ,פאָרװוערטס", אז ער איז צו שװער; 
אַז זיינע לאַנגע, טיפזינינע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע אַרטיק- 
לען קענען די ארבייטער פרויען, און פילע מענער אויך, ניט 
לעזען; אַז זיי האָבען קיין אינטערעס ניט אין זיי. און אַר- 
טיקלען, װאָס זאָלען זיי אינטערעסירען און זיין פאַר זיי לייכט 
צו לעזען, געפינען זיי ניט אין דער צייטונג. אַלְזאָ, אין די 
גרויסע מאפע געצוואונגען צו קויפען די בורזשואַזע צייטונג, , די 
מאָרנען פּאָסט?,. דריי-פערטעל פון די לעזער פון דער , מאָרגען 
פּאָסט? זיינען אַרבײיטער, און זיי ניבען אֶפּ זייערע שטימען 
פאר סאַציאליסטישע קאַנדידאטען. 

דער געשפּרעך האָט באלד אָנגענומען אַנאַנדער ווענדונג. 
מען האָט גענומען ריידען וועגען דעם אומפריינדליכען געפיה?, 
וואס עקזיסטירט צווישען געוויסע סאַציאליסטען, וועלכע נעמען 
ניט קיין אנטייל אין דער טרייד יוניאן באַװענונג, און די, וואס 
נעמען אין איהר א טעטינען אנטייל, עס האָט זיך ארויס- 
געצייגט, אז די לעצטע זיינען ,רעװיזיאָניסטען? אדער ‏ בערנ- 
שטייניאַנער", ווערענד די ערשטע, אָדער די מייסטע פון זיי, 
זיינען אָרט אָדאָקסישע פמאַרקסיסטען. זיי האַלטען זיך 
פאַר כעסערע סאַצואַליסטען, װוי די ,געווערקשאַפטלער", און די 
, געװוערקשאַפטלער", ווידער, באַטראַכטען יענע פאַר טרוימערישע 
טעאָרעטיקער, וועלכע קענען ניט איינזעהן די ווירקליכקייט פון 
לעבען. | 

--- דאָס איז דאָך זעלבסטפאַרשטענדליך, --- האָט לעניען 
באמערקט, -- איהר קענט טרוימען וועגען דער פארווירקליכוננ 
פון די העכסטע מענשליכע אידעאלען און פאַרנעסען אָן די 
ברענענדע פּראָבלעמען פון דעם מאָמענט, ווען איהר האָט אָבער 
פאַר זיך אַן אויפנאַבע צו באזאָרנען די ארבייטער פון א גע" 
וויסען פאַך מיט אַ פֹּאָר מאַרק מעהר, אָדער פילייכט מיט אַ 
שטונדע פרייע צייט מעהר, דאַן מוזט איהר פון אייער הויכען? 
טורעם זיך אַראָפּלאָזען אויף דער הארטער ערד. 





ס. לעניען 


ווידער אין אווראָטאַ 281 


אַנאַנדער גענאָסע, איינער פון די, װאָס זיינען נעשטאַנען 
דערביי, האָט צוגענעבען דאָס פאַלנענדע אומנעפער: 

,דער וואוקס פון אונזער אינדוסטריע און פון אונזערע 
יוניאנס האָט אונז אויסגעניכטערט. ווען ארבייטער פּלאגען 
זיך און ווילען כעסערע באדיננונגען, קענט איהר זיי מיט אַ 
צוקונפטיגער סאַציאלער רעװאָלוציע ניט קאָרמענען. די אום- 
שטענדען ברענגען אונז אַלץ נעהענטער צו דער וירקליכקייט. 
און מיר מוזען זיך פריהער פון אלץ זאָרנען וועגען דעם היינט. 
נו, זאָגען אונזערע געווערקשאפטלער צו די פאַנאטיקער : , איהר 
רופט אונז אַפּיקורסים, פאררעטער צו די הויכע מארקסיסטישע 
אידעאלען, און מיר זאָגען, אז איחר זייט טרוימער, און אַז מיר 
טוען פאר דעם סאַציאליסטישען אידעא? אַ סך מעהר, וי איהר 
מיט אייערע טרוימערישע פראזען". 

עס האָט זיך ארום אונז ארומנעקליבען א היבשע גרופּע. 
צוויי פון די אנוועזענדע זיינען געווען רעדאקטאָרען פון די דער- 
מאַנטע פאך-ארנאנען. דער נעשפּרעך אין פאר סיר געוען 
אומגעהויער אינטערעסאנט. איך האָב געשלוננען יעדען ווארט 
זייערען. 

--- קויט דעם, װי גענאָסע קאַהאַן פיהרט דעם אידישען 
,פּאָרװוערטס? אין ניו יארק, שטעהט ער אויף דעם זעלבען 
באָדען, װוי מיר, --- האָט לעניען געזאָגט. 

--- פֿאַר מיר איז דאָס דער שענסטער קאָמפּלימענט, -- 
האָב איך געענטפערט. 

--- ביי אונז אין ניו יארק אין אלס אױסגעשפּראַכענער 
רעװויזיאָניסט געווען באקאנט דר, ש. פּעסקין,. מאַנכע בונדיס- 
טען פלעגען מיך אויך כאַראַקטעריזירען מיט דיזען װאָרט, 
און ניט אין דעם זין פון א קאָמפּלימענט,. איינער פון זיי, גע- 
דענק איך, האָט אַמאָל געזאַנט צו מיר אין א פריינדליכען 
טאָן : ,דער ,פארווערטס" איז דאָך א רעװיזיאַניסטישע צֵיי- 
טונג, ניט קיין סאַציאליסטישע", און מיין ענטפער איז געווען: 
,וועל, אויב דאָס, וואס דער ,פֿאָרװוערטס?" ענטהאלט איצט, 
הייסט רעװיזיאָניזם, דאן איז זיך מיט'ן רעװיזיאָניזם ניטאָ וואס 
צו שעמען". 


29 בלעטער פון מיין לעבען 


פריהער בין איך מיט דעם רעװיזיאָניזם געווען באקאנט נאָר 
טעאָרעטיש,. איך האָב אויך געוואוסט, אז די צאָה? פון זיינע 
אָנהענגער וװוערט אין דייטשלאַנד אלץ גרעסער,. דאָס אלץ האָב 
איך געהערט פון ווייטען, און איך האָב געהאַט א גאנץ נעפּעל 
האַפטען באַגריף ווענען דעם, איצט אָבער, געפינענדינ זיך אין 
בערלין, האָב איך אזוי ווי מיט די אוינען נעזעהן די שטילע 
איבערקערעניש, װאָס איזן פאָרנעקומען אין דער גרויסער סאָ- 
ציאליסטישער באווענונג פון דייטשלאַנד, 

אין דעם געווערקשאַפטס-הויז בין איך ארייננגעקומען כמעט 
אלע טאָג און האָב יעדעס מאָל? דאָרט פארבראכט ביי אַ דריי 
אָדער פיר שטונדען,. אלץ, וואס איך האָב דאָרטען נעזעהן, האָט 
אויף מיר נעמאכט אן אננענעמען איינדרוק. 

* * 2 

גראָד איז קיין בערלין דאן געקומען א גרויסע ארבייטער 
דעלעגאציע פון עננלאנד, א דרייסינ-פערצינ סאַציאליסטען, מע- 
נער און פרויען, וועלכע האָבען נעמאכט א רייזע אויף דעם 
קאָנטינענט, די דייטשע גענאָסען האָבען זיי װאָרים אויפגענומען. 
מען האָט פאַר זיי געמאכט אַ לאָנטש און מען האָט מיך אויך 
איינגעלאדען,. דער הויפּט רעדנער פון דעם באנקעט, אלס פאר- 
שטעהער פון דער נאנצער פּארטיי, איזן דאן געווען פילים שיי- 
דעמאַן (וועלכער האָט שפּעטער, אין 1918, נעשפּילט אזא ויכ- 
טינע ראָלע ביים אַראָפּווארפען דעם קייזער פון זיין טראָן). 
איך האָב אויך געהאַלטען אַ קורצע רעדע אין עננליש. נאָך דעם 
לאָנטש, וועלכער אין געווען אַ גאַנץ באַשײײידענער, אויף דעם 
אייראָפּעאישען פּראַלעטאַרישען שטיינער, זיינען די עננלענדער 
איבערגענאנגען אין א פרייען זאַל, און זיי האָבען זיך אועק- 
געלאָזען טאַנצען. די דייטשען האָבען צונעקוקט און פריינדליך 
געשמייכעלט. ייי האָבען דאָס באַטראַכט אַלס אַן עכט-עננלישען 
מאַניער, 

 |‏ בעאָבאַכטענדיג צוזאמען מיטם די דייטשע גענאָסען די 

טענצער, האָב איך צו דערזעלבער צייט מיט דיזע גענאָסען נע- 
פיחרט נעשפּרעכען ווענען די צוויי פראקציעס אין זייער באַ- 
ווענונג. 


ווידער אין אייראָפּאַ 1558 


9 


די צוויי פראַקציעס. -- אַ שטילץ איבערקערעניש. -- דער 
מאַרטין לוטהער פון דעם סאַציאליסטישען געדאַנק. 


אלץ האָט באַשטעטינט, אז אין דעם סאַציאליזם פון דייטש- 
לאנד איז אין די ניינצעהן יאֶהר פאָרגעקומען א ריזיגע ענדערוננ, 
אז עס איז אויסנעוואקסען א מחיצה צווישען די אַלטע טעאָרעטי- 
קער און די פּראקטיקער, און אז דער איינפלוס פון די לעצטע 
פארנעמט זיך אויף ברייטע קרייזען. זיי, די ,געװערקשאַפט- 
לער", האָבען נגעארבייט דירעקט פאר די ארבייטער-מאסען, און 
זייערע אויפטואוננען האָבען געהאָט אן איבערצייגענדערע קראפט, 
וי די הימעלשע רייד ווענען אן אונדייטליכער צוקונפט. זיי 
האָבען נעהאָט דעם עולם אויף זייער זייט. 

ווען אַזא זאך פּאַסירט אין פראַנקרייך מיט איהרע היצינע 
טעמפּעראמענטען, װאָלטען פון די צוויי פראַקציעס געווארען צוויי 
אויף-מעפערס-פיינדליכע פּאַרטײען. אין דייטשלאַנד אָבער אין 
צו קיין אָפענער שפּאַלטונג ניט געקומען. די גאַנצקייט און 
דיסציפּלין פון דער פּאַרטײ איז דורך דער מיינוננסזפארשידענ- 
הייט ניט נעשטערט נעווארען. די פיהרער פון די געווערק- 
שאפטען זיינען צו דערזעלבער צייט געווען פּראָמינענט אין די 
טעטיגקייטען פון דער פּארטיי, און פילע פון זיי זיינען געווען 
צווישען איהרע דעפּוטאַטען אין רייכסטאנ. (אַזױ איז, צום ביי- 
שפּיל, געווען קאַרל לעניען). די טעאָרעטיקער, די , אָרטאָדאָקסישע 
מאַרקסיסטען", האָבען אלץ מעהר נאָכנעגעבען די פּראקטיקער,. 
אָפט פלענען זיי זיך האַלטען ביי דעם בוכשטאב פון דער טעאָריע. 
זיי פלענען אָבער איהר אויסטייטשען אויף א נייעם שטיינער, 
וועלכער האָט דעם אַלטען פּשט איבערנעקערט קאַפּױער. 

דעד זיג פון עדווארד בערנשטיין'ס , רעװויזיאָניזם? איז ניט 
געווען באַשרענקט אויף דייטשלאַנד. ער האָט זיך אויך נעלאָזט 
פיהלען אין האָלאַנד, אין בעלניען און אין די סקאַנדינאַװוישע 
לענדער. און װאָס אנבאטרעפט פראנקרייך און עננלאנד, האָבען 
די אויבער-האַנט דאָרטען נגעוואונען פּונקט דיזעלבע געדאַנקען, וי 
בערנשטיין'ס, הגם ניט דורך זיין איינפלוס. אין פראנקרייך האָט 


294 | בלעמער פון מוון לעבען 


זשאן זשאָרעס, א פאָלשטענדינער אַנטי-מאַרקסיסט (זעה אויבען, 
פּיידזשעס 68-61) אין דער פאַציאַליסטישער וועלט איצט געהאָט 
דעם גרעסטען איינפלוס; און אין עננלאנד, וואו די מאַרקסיס- 
טישע , סאַשע? דעמאָקראַטיק פעדעריישאָן? האָט זיך קיינמאָל 
ניט ערװואָרבען קיין באדייטענדע ראָלע, איז קיער האַרדי'ס , אינ- 
דעפּענדענט לייבאָר פּאַרטײ", אויך אַן אַנטײמאַרקסיסטישע 
פּאַרטײ, איצט געווען אַ שנעפ-װאַקסענדע מאַכט; און דער 
עיקר פון זשאָרעס'עס און קיער האַרדי'ס סאַציאליזם האָט פאָל- 
שטענדינ נעשטימט מיט די אידעען פון עדווארד בערנשטיין. 

די ענדערונג, ווענען וועלכער מיר ריידען דאָ, אין געווען 
א פאַלשטענדינע רעװאָלוציע, 

דער עיקר פון דעם רעװיזיאָניזם, זיין וויכטינסטער סן- 
חכל, װוי בערנשטיין אליין האָט איהם ערקלערט, באַשטעהט אין 
פאָלגענדען : 

לויט דער מאַרקסיסטישער לעהרע, אין די באַװעגונג גע- 
בויט אויף אַ באַנריף, אז דער קאַפּיטאַליזם מוז באַלד צוזאמענ- 
ברעכען, אז זיינע טענ זיינען געצעהלטע, און אז זיין סוף וועט 
קומען דורך א פּראָלעטארישער וועלט רעוואלוציע. די לאנע 
פון די ארבייטער ווערט אלץ ערנער און ערנער, זיי ווערען אלץ 
מעהר פאַרשקלאַפט; און דער מיטעל-קלאָס מון װערען אַלץ 
קלענער און קלענער. עס געהט שנעל צו דעם, אז יעדע ציוי- 
ליזירטע לאנד זאָל האָבען נאָר צוויי קלאסען: א הייפעלע אל- 
מעכטיגע מיליאָנערען און א מאַסע אויסנעהוננערטע פארצויי- 
פעלטע פּראַלעטאַריער,. די פּראַלעטאַריער מוזען אויפשטעהן און 
פארניכטען די מאַכט פון דעם קאַפּיטאליסטישען קלאס. אויב 
אזוי, איז דאָך דער הויפּט ציל פון דער באווענוננ צו ברעננען 
די רעוואלוציע וואס ניכער, אלזאָ, מוז אלץ אין איהר זיין גע- 
בויט אויף קלאסען-האַָס און דירעקטער צונרייטונג צו דער רע- 
װאָלוציע. די באווענוננ דארף אַרבײיטען ניט פאר'ן ח יינ ט, 
נאָר פאר'ן מ אַ װ ג ען. 

סאַציאליסטען טאָרען ניט אנטייל?ל נעמען אין קיין זאך צו" 
זאמען מיט פאָרשטעהער פון אַנדערע קלאסען, ווארים אלע אנ- 
דערע קלאסען זיינען שונאים און אָפּהאַלטער פון דער רעװאָלוציע. 


ווידער אין אייראָפּאַ 5 


געהן מיט זיי צוזאמען אין א פיניסטעריום קאַבינעט, צום בי" 
שפּיל, אין אַ פאַרראָט צום אַרבײיטער קלאס און צו זיין קו- 
מענדער רעװאָלוציע; דורכפיהרען אַ געזעץ אין די אינטערע- 
פען פון פּויערים ? דאָס װאָלט געוװוען א פאַרברעכען געגען 
דער גאַנצער סאַציאליסטישער טעאָריע, לויט וועלכער דער פּויער 
אין א קליין-בורזשוא, אַ מיטנליד פון דעם מיטעל-קלאַס, וועל- 
כער פוז באַלד אונטערגעהן, און וועמעס עקזיסטענץ אין נאָר 
א שטערונג צו דעם גיכען אָנקומען פון דער רעוואלוציע. 


דער ארבייטער קלאָס מוז זיין ,א קלאס פאר זיך", װוי קארל 
מארקס דריקט זיך אויס. ער מוז שטעהן אין קאמף גענען אלע 
אנדערע קלאסען אין יעדער פראנע.. אין פּארלאמענט דארף 
ער נעהן בלוין אום צו פיהרען א מלחמה געגען אלע אַנדערע 
קלאַסען, מיט דעם צוועק זיי צו פאַרניכטען. ער מון שטעהן 
אָפּגעזונדערט פון אַלע אַנדערע ביר- 
גער. ער טאר זיך ניט צוזאַמענמישען מיט זיי, וי א איד טאָך 
זיך ניט צוזאַמענמישען מיט קריסטען ביים עסען אָדער ביים דאון- 
נען, די נאַנצע מענשהייט, אויסער דעם אַרבײיטער קלאס, אין 
טרייף. 


עס זיינען אַװעק פילע יאהרען. דער ,מאָרנען" אין אַלץ 
אָפּגעלײיגט געווארען, די פּראָלעטאַרישע רעװאָלוציע איזן ניט נע- 
קומען, דער קאַפּיטאליסטישער קלאס אין געשטאַנען נאָך פעס- 
טער װוי אימער,. און דער מיטעל? קלאס איז ניט אונטערנע- 
נאנגען,. און װאָס אנבאטרעפט דעם ארבייטער קלאס, איז זיין 
פאנע ניט געווארען אלץ ערנער, נאָר בעסער אי עקאָנאָמיש, אי 
פּאָליטיש,. נו, איז געקומען בערנשטיין און האָט דאָס אלץ באַ- 
וויזען מיט פאַקטען און מיט ציפערען. ער האָט באויזען, אז 
דער מיטעל-קלאס ווערט נים פאַרקלענערט, נאָר פאַרנגרעסערט, און 
אז די פראגע ווענען דעם צוזאמענברעכען פון דער קאַפּיטאַליסטי- 
שער סיסטעם איז אַ זאַך פון אַן אונבאַשטימטער צוקונפט, אלזאָ, 
איז זיין שלום, אַז -- 


פאַר סאַציאַליסטען צו גרינדען זייער טעטינקייט אויף א 
ווייטען אומדייטליכען ס אַ ר ג ע | איז ערנער וי נוצלאָן; 


206 בלעטער פון מוון לעבען 


דינען דעם ארבייטער קלאַס. קענען זיי נאָר דאַן, ווען זיי וועלען 
זיך אָפּנעבען מיט זיין ה י י נ ט. 

אויף דעם ערשטען בליק קענען דיזע ווערטער פילייכט ניט 
מאַכען קיין שטאַרקען איינדרוק,. אין דער אמת'ען אָבער ליגט 
אין זיי א פאַָלשטענדינע איבערקערעניש אין דעם נייסט און 
כאַראַקטער פון דער נאַנצער סאַציאליסטישער באוועגונג. וװי- 
באַלד אז דער עיקר איז דער קלאָרער ,היינט", און ניט אַ פאר- 
נעבעלטער , מאָרגען", װיבאַלד אַז די סאַציאַלע רעװאָלוציע איז אַ 
זאך פון א וייטער, אומכאַשטימטער צוקונפט, דאן מעג מען 
יאָ געהן מיט קאַפּיטאַליסטישע און קליין-קאַפּיטאַליסטישע פּאר- 
טייען אין איין מיניסטעריום. מען מעג און מען מוז; ואָרים 
אויב ניט, הייסט עס, אז מען גיט איבער די גאַנצע מאַכט פון 
דער רעגירונג צום שונא אין די הענט,. אויך מעג מען, און עס 
איז וויכטיג, אָנצונעמען נגעזעצען אין די אינטערעסען פון דעם 
פּױיער, וויי? די צייט, ווען זיין קלאָס וועט פארשוואונדען ווערען, 
איז אויך גאנץ אונבאַשטימט ; און אַלס בירגער, איז ער באַ- 
רעכטינט צו דער אויפמערקזאמקייט פון יעדער סאַציאליסטי- 
שער פּארטיי די ארבייטער דארפען קעמפען געגען דער עקס- 
פּלואַטאַציע פון קאַפּיטאל ; אָבער דאָס הייסט ניט, אז זיי דאר- 
פען אבסאָלוט אין אלץ ווייכען פון יעדען איינעם, וואס נגעהערט 
ניט צו זייער קלאס. א חוץ דעם, וואס זיי זיינען איינענטום- 
לאַזע ארבייטער, זיינען זיי אויך בירגער, סיטיזענס, מיטגלידער 
פון דער נעזעלשאַפט, װוי זי עקזיסטירט היינט; זיי דארפען 
קעמפען, אלס אן ארבייטער קלאס, אָבער אויך אלס בירגער, --- 
קעמפען פאר פרייהייט פאר אַלעמען, פאר מענשליכע רעכט פאר 
אלעמען, פאר אלגעמיינעם פאָרטשריט, פאר מענשליכען נליק אין 
דעם ברייטסטען זין פון די ווערטער. 

די ענדערונג, וועלכע דער רעוויזיאניזם האָט אַריינגעבראכט 
אין דעם סאַציאליסטישען געדאַנק, האָט זיך נעפיהלט אין אלץ, 
וואס האָט נאָר די מינדסטע פּראקטישע באדייטונג. דער פונ- 
דאַמענט פון דער באַווענונג אין איננאַנצען איבערגעבויט גע- 


ווארען. 
דיזע שורות ווערען געשריבען דעם 19טען יאנואר, 1980. 


ווידער אִין אייראָפּאַ 237 


מיט דריי װאָכען צוריק, אין אונזער זונטאָג ,פּאָרװוערטס" פון 
9טען דעצעמבער, איז געווען אָפּנעדרוקט אַן ארטיקעל, וועלכען 
מיר האָבען באַקומען פון גענאָסע עדווארד בערנשטיין מיט א 
קורצער צייט פריהער, דער אַרטיקעל הייסט, ,די סאַציאליס- 
טישע אַניטאַציע אין דייטשלאַנד אמאָל און היינט". דאָס, וואס 
מיר זאָנען דאָ, דריקט ער אויס אין דעם דאָזיגען ארטיקעל. ער 
ווייזט נעמליך אָן אויף דער גרויסער ענדערונג, וואס איז פאָר- 
געקומען אין דער סאציא?-דעמאָקראטישער באַועגונג אין די לעצ- 
טע דרייסיג יאהר,. ער וייזט אָן אויף דעם אונטערשיד צווישען 
דעם ערפורטער פּראָנראַם, וועלכען די סאַציאַלידעמאָקראַטישע 
פּארטיי האָט אָננענומען אין 1891, און דעם גאַרליצער פּראָגראַם, 
װאָס דיזעלבע פּאַרטײ האָט אָנגענומען אין יאהר 1922, און 
דעם היידעלבערנער פּראָנראַם, וואס אין אָנגענומען געוארען 
אין 1925. ציטירענדיג פון זיינעם אַ פריהערדיגען ארטיקעל, 
זאָגט ער דאָרטען: 

,מיך האָט קיינמאָל ניט שטאַרק אינטערעסירט די צוקונפט, 
וועלכע פֿינט ווייטער פון די ווייטסטע סאָציאליסטישע באוועגונגען 
און שטרעבוננען. איך האָב זיך קיינמאָל ניט געמאָהלען קיין 
גענוי בילד פון דער צוקונפט. מיינע געדאנקען זיינען פארנו- 
מען מיט דער געגענווארט און מיט דער נאַהענטער צוקונפט. 
די ווייטע אויסזיכטען אינטערעסירען מיך נאָר אויף אזוי פיל, 
וויפיל זיי ווייזען מיר דעם בעסטען וועג, װוי אזוי צו האַנדלען 
אין א צוועקמעסינער ריכטוננ אין דער געגענווארט,? 


דער עיקר פון דעם אַרטיקע? איז, אז די סאַציאליסטישע 
באווענונג פאַרנעמט זיך הויפּטזעכליך מיט דעם היינט, אן 
ניט מיט דעם מ אַ ר גע | . | 

אין דער צייט, ווען בערנשטיין'ס אַרטיקעל אין אָפּגע- 
דרוקט געווארען אין אונזער , פאָרווערטס", האָט מען גראָד גע- 
פייערט זיין אַכצינדיאהרינען געבורטסטאָג. פון גאַנץ דייטש- 
לאנד און פון דער גאנצער וועלט האָט מען איהם באַגוייסט מיט 
הארצינע דעפּעשען. דער טריאומף פון זיינע אידעען איז היינם 
א פאַלשטענדינער, איצט ווערען זיי אָנגענומען פון אַלעמען, 


208 בלעמער פון מוין לעבען 


אריינגערעכענט אויך דעם באריהמטען קאַר? קאוטסקי, וועל- 
כער איז פריהער געווען זיין שאַרפסטער געגנער. 

אַ דעפּעשע, װאָס איך האָב גענאָסע בערנשטיין'ען געשיקט 
פון ניו יאָרק לכבוד זיין 80-יאהרינען געבורטסטאָג האָט, א חוץ 
מיין באַגריסונג און צוהווינשונג, ענטהאַלטען די פאָלגענדע 
ווערטער ; 

איהר זייט דער מאַרטין לוטהער פון דעם סאַציאַליסטישען 
געדאַנק. לוטהער האָט ליבעראַליזירט די קריסטליכע אמונה, 
און איהר --- דעם סאַציאַליסטישען אידעאליזם". 

אין 1919, אלזא, איז דער זינ פון רעװויזיאָניזם שוין אויך 
געווען א נאַנץ דייטליכער, אָבער נאָך ניט קיין פאָלשטענדינער. 
פילע פון די אַלטע סאַציאליסטען האָבען דאָס נאָך אַלץ באַ- 
טראַכט אלס אַפּיקורסות, אלס אַ פֿאַרראט צו אונזער אידעאל. 
אָבער אויב די שפּאַלטוננ אין אין דייטשלאַנד דאַן נאָך ניט גע- 
ווען קיין זעהר ברייטע, איז זי שוין געווען א זעהר טיפע, 

און דאָס אינטערעסאנטסטע דערביי אין דער פאַקט, אן 
כמעט יעדער סאָציאליסט, וואס איזן דאן געװוען טעטיג אין 
פּראַקטישער אַרבייט, אין גענאנגען מיט בערנשטיינ'ען. דאָס 
לעבען אַליין האָט איהם איבערציינט אין דער ריכטינקייט פון 
בערנשטיינ'ס געדאנקען, 


10 
קאַרל ליבקנעכט, 


איין מאָל, זייענדינ אין בערלין, אין 1919, האָב איך באַ- 
קומען אַ בריף פון קאַרל ליבקנעכט'ען, דעם זוהן פון דעם באַ- 
ריהמטען ווילהעלם ליבסנעכט, וועלכער ווערט עטליכע מאָל דער- 
מאָנט אין 2טען און 3טען באַנד פון דיזע , בלעטער" (זעה פּאָר- 
טרעט אין 2טען באַנד פּיידזש 293), ער האָט אויך מיט אַ קורצער 
צייט פריהער באַזוכט ניו יארק און אונזער נייע ,פאָרװערטס" 
געביידע, ווא ער איז באקאנט נעווארען מיט איינינע פון אונזערע 
גענאָסען. איצט, אלזאָ, דערוויסענדיג זיך, אז איך בין אין בער- 
לין, האָט ער סמיך אייננעלאדען צו דינער. ער אין געווען אַן 
אַדװאָקאט און א דעפּוטאַט אין דעם פּרייסישען לאַנדטאָנ, און 


ווידער אין אייראָפאַ 290 


דער מיטאָנ-עסען איז פאָרגעקומען אין דעם רעסטאָראַן פון לאנדי 
טאָג. 

אין אונזער געשפּרעך, װוי ווייט איך געדענק, האָט ער נאָר 
אויף אַ גאַנץ מילדען אופן זיך אױסגעשפּראַכען אלס געגנער פון 
די רעװויזיאָניסטען. ער האָט איבערהויפט אויף מיר געמאַכט 
אן איינדרוק פון א זעהר מילדען מענשען. מיט זיין כאַראַקטער 
האָט ער מיך דערמאָנט אָן זיין מוטער מעחר וי אָן זיין היציגען 
פאָטער, און ווען מיט זעקס יאָהר שפּעטער, אין דער צייט פון 
דער דייטשער רעװאָלוציע, אין ער, צוזאמען מיט ראָזע לוק- 
סענבורג, באַריחמט געווארען אלס פיהרער פון א דייטשען באָל- 
שעוויזם, איז דאָס פאַר מיר נעווען אַן איבערראשונג. 

איבריגענס, האָבען מיר ביי יענעם דינער מעהר גערעדט ווע- 
נען אמעריקא, וועלכע האָט איהם אַזױ שטאַרק אינטערעסירט, 
וי ווענען דער דייטשער באַוועגונג. פון דיזען נעשפּרעך בין 
איך מיט איהם ווענינ באקאנט נגעווארען. 

ווען איך האָב איהם דערצעהלט וענען מיין באַקאנטשאפט 
מיט זיינע עלטערען, האָט ער מיך פאַרנאנדערגעפרעגט ועגען 
מיינע באַגעגענישען מיט זיי און האָט ווענען זיי גערעדט װי אַ 
צערטליכער זוהן,. אז דיזער ליבענדער זוהן און מילדער, אנ- 
נענעהמער גענאָסע האָט אין זיך אַ ברויזענדען קעמפערישען 
גייסט, וועגען דעם האָב איך דאַן קיין באַנריף ניט געהאט. 


זעקסטער קאַפּיטע? 
צודיק אין ניו יאָרק. 

1 
די , פּאָרװוערטס" בילדינג. - 


מיר האָבען זיך אומנעקערט קיין ניו יאָרק מיטװאָך, דעם 
4טען פעפּטעמבער, אויף דעם דייטשען דאַמפער ;פּרינצעסין 
צעציליע". ‏ אוים'ן פּיר האָט אונז אָפּנעװאַרט אַ גרויסע צאָהל 
נענאָסען. עס איז געווען אַ פרעהליכע באַגעגעניש. סיר האָבען 
אַלע געהאָט לאַנטש צוזאמען, דערנאָך האָב איך באַזוכט, צום 
ערשטען מאָל, די , פאָרווערטס" בילדינג, --- אונזער נייעם צעהן- 
שטאָקיגען מויער, וועלכער איז פאַרטיג געווארען, ווען איך בין 
געווען אין אייראפּא. צוקומענדיג צו דער געביידע, האָב איך 
זיך אָפּנעשטעלט איהר באַקוקען פון דרויסען. הויך, איינדרוקס- 
פול, מיט'ן פּנים צו ראָטגערס סקווער און סואַרד פּאַרק, מים 
בליסטשענדע גרויסע, גילדערנע אותיות ,פאָרווערטס", וועלכע 
האָכען אַראָפּנעקוקט פון אונטער'ן דאַך אויף די אַרומיגע נאַסען, 
איז זי געווען מיט פיל קעפּ העכער פון אַלע אַנדערע נגעביידרעס, 
װאָס דער (פאַרבייגעהער האָט דאָ געקענט זעהן. צוויי מינום גאַנג 
פון דאַנען איז מיט א קורצער צייט פריהער פאַרטיג געװאָרען א 
צוועלף-עטאַזשינער מויער, דאָס איינענטום פון אַ באַנק געשעפט, 
די , יאַרמאָלאָווסקי בילדינג". אָבער זי זעהט זיך דאָ ניט. זי 
שטעהט אויף קאנעל?ל סטריט אין א קאָמפּאַקט-פארמױערטער 
שטרעקע, ווערענד די , פאָרװוערטס" געביידע געפינט זיך אויפ'ן 
סקווער און איז פריי פאר'ן אויג אויף אַ היבשען שטח. 

אינװוייניג האָבען די נענאָסען מיר געוויזען די פאַרשיידענע 
עטאַזשען, אָפּטײלונגען, סימנים פון אונזער וואוקס, און די פאר- 
זאמלונגס-לאָקאַלען פאר יוניאנס און אַנדערע אָרנאַניזאציעס. 


240 


צורוק און נוו-ואָרק 241 


פרייטאָג אַווענט, דעם 0טען פעפּטעמבער, איז פאָרגעקומען 
א קבלת פּנים פאַרזאמלונג אין קופער יוניאן, אַראַנזשירט פון 
דער סאַציאליסטישער פּעדעריישאָן און פון ברענטש 2, לאָקאל נין 
יאָרק, סאַציאליסטישע פּאַרטײ, מיט מאקס פּיין אלס פאָרױי- 
צענדער, א פּאָר װאָכען שפּעטער אין נעװוען א ספּעציעלער 
קבלת פּנים אווענט פון דעם נאַליציאנער ברענטש פון אונזער 
פּאַרטײי, וואו איך האָב ‏ אָפּנעגעבען אַ גרוס פון לעמבערג, קרא- 
קאו און בראָד, 

9 
קיר האַרדי. 


אין ניו יאָרק האָט זיך דאַן געפונען א גאַסט פון לאָנדאָן, 
דער אוױיבען-דערמאַנטער קיר האַרדי, דער גרינדער פון דער סא- 
ציאליסטישער ,אינדעפּענדענט לײיבאָר פּאַרטי?" פון עננלאנד, 
וועלכע האָט נעמאַכט שנעלען פאָרטשריט. ער האָט געהאט א 
גרוס צו מיר פון ענגלישע סאַציאליסטען, און ער האָט מיר 
איהם איבערנענעבען שריפטליך. אלזאָ, האָב איך איהם בא- 
זוכט אין זיין האָטעפ, און מיר האָבען נעהאַט אַ לאַנגנען נע- 
שפּרעך. 

מיר האָבען דאָ אויבען געזעהן, אַז די , אינדעפּענדענט פוי- 
באָר פּאַרטײי? איז ניט געווען מאַרקסיסטיש געזאָנען, און אַז קיך 
האַרדי'ס סאָציאליזם איז געווען עהנליך צו זשאָרעס'עס און 
נאָהענט צו דעם סאַציאַליזם פון די דייטשע רעװיזיאָניסטע. 
האָב איך זיך איצט געטראַכט, אַן דער שיקזאַל ברענגט מיך 
אַלץ צונויף מיט סאַציאַליסטען יפון דער ריכטונג, צו וועלכער איך 
געהער די לעצטע עטליכע יאָהר. 

דעם שטאַרקסטען איינדרוק אין די ערשטע מאָמענטען האָט 
קיר האַרדי אויף מיר געמאַכט מיט זיין אויסזעהן און מיט זיין 
סקאָטישער אױיסשפּראַך. איך האָב געוואוסט, אז ער אין אוים- 
געהאָדעװעט געווארען אלס ארבייטער (קוילען-גרעבער), און דאָס 
האָט מען געקענט באַמערקען אויף איהם. אָבער צו דערזעלבער 
צייט האָט זיין פּנים מיך עראינערט אָן אַ אידישען למדן. 

זיינע האַרטע סקאטישע ,ריש'ען" האָבען זיך געפיחלט אזוי 


49 בלעמער פון מוון לעבען 


שטאַרק, אז פון אֶנהוֹיב האָבען זיי מיר געשטערט הערען, װאָס 
ער זאָגט. אָבער דער אינהאַלט פון זיינע װוערטער האָט באַלך 
די , ריש'ען" פארשלונגען. 

אונזער שמועס איז מיר געווען אינטערעסאַנט אויף א זאָנ- 
דערבאַרען אופן,. אויף מיינע אַמאָלִינע באַזוכען אין ענגלאנד 
בין איך באקאנט נעווארען מיט פילע ענגלישע סאַציאליסטען. 
אָבער קיר האַרדי'ס רייד וועגען דער סאַציאליסטישער באַוענונג 
האָבען מיר געקלוננען אַנדערש, װוי זייערע, װאָרים יענע זיינען גע- 
ווען אונטער דעם איינפלוס פוֹן דער מארקסיסטישער שוֹהל, 
פּונקט וי סיר אלע זיינען דאן נגעווען. דער אונטערשיד צוי- 
שען זיי און קיר האַרדי'ן איז, נאַטירליך, פאַר מיר קיין נייעס 
ניט געווען. דאָך איז זיין אַרט ריידען וועגען דער באַװענונג 
פאר מיר נעווען טשיקאַװע,. עפּעס יא אַ סאַציאליסט און ניט אַ 
סאַציאליסט.. אַזאַ ‏ מין איינדרוק מאַכט אַ קאַראַאים, ווען ער 
רעדט ווענען אידישקייט מיט אַ אידען. 

זיינע ווערטער זיינען מיר אָבער געפעלען געװאָרען. איך 
האָב אין זייער אינהאַלט געפונען אַ געוויסע עהנליכקייט צו דעם 
סאַציאַליזם פון זשאַן זשאָרעס און עדװאַרד בערנשטיין. 

אזעלכע אויסדרוקען, וי , רעװאָלוציאָנערער סאַציאַליזם?", 
אָדער , קלאַסען קאמף", האָב איך פון קיר האַרדי'ן ניט גע- 
הערט. ער האָט איבערהויפט ניט גערעדט װענען קלאַסען, -- 
אַ װאָרט, אֶהן וועלכען היינדמאַן װאָלט וועגען פאַציאליזם ניט 
געקענט ריידען קיין דריי מינוט, 

היינדמאַן'ס , סאַשעל דעמאָקראַטיק פעדעריישאָן" האָט קיין 
גרויסען פאָרטשריט קיינמאָל ניט געמאכט. איז, אלזאָ, געקומען 
דיזער סקאָטשמען, וועלכער האָט ניט געװאָלט וויסען פון אונ- 
זער מאַרקסיסטישער טעאָריע, אָבער וועלכער האָט אָנגעהויבען צו 
פּרעדינען דעם פּראַקטישען עיקר פון דעמזעלבען סאָציאליזם, 
און ער האָט יאָ געהאָט ערפאָלג. ווען היינדמאַן האָט ערקלערט, 
אַז די ארבייטער מוזען האָבען אַן איינענע פּאָליטישע פּאַרטײ, 
אַזױ נום וי זיי האָבען טרייד יוניאָנס פאר זייערע עקאָנאָמישע 
אינטערעסען, האָבען די עננלישע ארבייטער זיך ווייניג צוגעהערט, 
ווען דיזער קוילען-גרעבער האָט צו זיי גערעדט פּונקט דאָסזעלבע, 





דזש. קיר האַרדי 


צורוק און נוו-ואָרך 7 2458 


האָבען זיי זיך צו איהם יאָ צונעהערט. פארװאָס? וויל? דער 
מאַניער פון זיין ריידען אין געווען אַן אַנדערער, וייל זיין 
אַגיטאַציע איז ניט געווען פול מיט טעאָרעטישע אויסדרוקען און 
איז זיי סתם געווען נעהענטער צום האַרצען און צום מוח. 

אָבער ניט בלוין אין אויסדרוקען אין געלעגען דער אונ- 
טערשיד צווישען זיי. עס וועט זיין גענונ אֶנצו-ווייזען אױף 
איין בײישפּיל: ‏ ווען אַן אַרבייטער איז אויסערוועהלט געװאָרען 
צום פּאַרלאַמענט פון דער קאָנסעהװאַטיוער אָדער ליבעראַלער 
פּאַרטײי, פלעגט היינדמאַן דאָס שטאַרק באַדױערען,. קיר האַרדי, 
ווידער, פלעגט אין אַזאַ פא? זיך פרעהען מיט דעם פאַקט, אַז 
אין פּאַרלאַמענט איז אַדיינגעקומען נאָך אן אַרבײטער, 

קיר האַרדי האָט מיך געפרענט וועגען אונזער באַװענונג. 

--- ביי אונז אין עס גענאננען זעחר לאנגזאַם, --- האָב איך 
געענטפערט, -- די אמעריקאנער האָבען זיך ניט צונעהערט צו 
אונז. די נאַנצע באוועגונג איז געווען אין די הענט פון דייטשען 
און אידען, אָבער איצט, הויבט עס שוין אָן צו נגעהן אויף א 
דרך. 

--- יא, עס וועט שוין געהן, -- האָט ער געזאָנט, --- ביי 
אונז איז אויך אזוי געווען. 

איך האָב געפּרואװוטם מיט איהם ריידען ווענען דעם אונ- 
טערשיד צווישען דער ,סאַשעל דעמאַקראַטיק פעדעריישאָן? און 
זיין ,אינדעפּענדענט לייבאָר פּאַרטי?. ער האָט מיר דעם ענין 
ערקלערט, פּונקט וי איך האָב זיך איהם פאַרגעשטעלט. ועגען 
היינדמאַן'ס פּעדעריישאָן האָט ער גערעדט פריינדליך, אָהן א 
שפּור פון בייזוויליגקייט, גארניט וי מען אין ביי אונז נע- 
זואוינט געווען צו ריידען וועגען אונזערע. קאָנקורענטען. 

איך האָב איהם איבערנענעבען בקיצור מיין איינדרוק פון 
זשאָרעס'ען און אויך דעם אינהאַלט פון די געשפּרעכען, וואס 
איך האָב געהאָט מיט די רעװויזיאָניסטישע טרייד יוניאן פיהרער 
פון בערלין. ער האָט באשטעטינט מיין מיינונג, אז ער האָט אומ- 
נעפעהר דעמזעלבען געדאַנק, וי זשאָרעס, און אז די דייטשע 
,רעװיזיאָניסטען? זיינען זעהר נאַהענט צוֹ איהם. דאָס אלץ 
האָט ער געזאָנט פאָרזיכטינ, מיט פיל טאַקט, אויסמיידענדינ 


944 | בלעמער פון מוין לעבען 


ווערטער, וואס קענען אנווייזען אויף פיינדליכע געפיהלען צווי" 
שען זיין , אינדעפּענדענט לייבאָר פּאַרטי" און דער , סאָשעל דע- 
מאַקראַטיק פעדעריישאָן". 

אונזערע גענאָסען האָבען איהם איינגעלאדען אויף מיטיננען, 
און אומעטום האָט מען איהם אויפגענומען מיט פרייד אוֹן מיט 
כםוד. | 


8 
א פענסאַציאַנעלער מאָרד פּראָצעס. 


ווען איך האָב זיך אומנעקערט פון אייראפּא, האָב איך אין 
די ניו יארקער צייטוננען נעפונען א סענסאציע. מיט אַ געוויסער 
צייט פריהער האָט מען אין ניו יארק ערמאַרדעט א אידען מיט'ן 
נאָמען הערמאַן ראָזענטאַל, וועלכער האָט געהאַלטען געמבלינג 
הייזער. וי אַלע נגעמבליננ הייזער און פּראָסטיטוציאָנס-הײזער, 
האָט זיין ביזנעס זיך געטיילט מיט דער פּאַליציי, נו, איז צװי- 
שען איהם און אַ פּאָליס-קעפּטען, מיט'ן נאָמען בעקער, ארוים- 
נעקומען אַ שאַרפער סכסוך. דער געמבלער האָט גע'טענה'ט, אן 
דער קעפּטען פאָדערט פון איהם צופי? און פאַרפאָלגט איהם. 
ענדליך איז ער אַװעק צום דיסטריקט אַטױרני (פּראָסוראָר) און 
האָט בעקער'ן נע'מסר'ט. דער רעזולטאַט אין געװען, אז גענג- 
סטערס אָדער , נאָן מען" (פּראָפּעסיאַנעלע רעװאָלװער ,, העלדען?) 
האָבען איהם דערשאָסען. דאָס איז פאָרגעקומען אויף בראָך- 
וועי, לעבען דער 42טער סטריט, דאָס הייסט, אין דעם רעכטען 
צענטער פון דער טעאַטער וועלט, וועלכער איז דאַן אויך געווען 
דער צענטער פון געמבליננ הייזער און פון דער רייכערער אונ- 
טערוועלט. אן אונטערזוכונג האָט אַרויסנעבראכט פאקטען מיט 
נעמען, עס זיינען אַרויפגעשוואומען פיר יוננע לייט, וועלכע זיי- 
נען אין דער אונטערװעלט געווען באקאנט סיט די צונעמען 
, לעפטי לואי", , ווחייטי לואי", ,דזשיפּ די בלאָד" און , דיינאָ 
פרענק". (די ערשטע דריי זיינען געווען אידען, און דער פערטער 
-- אַן איטאַליענער). עס איז אויפנעדעקט געװאָרען, אַז בעקער 
האָט דיזע פּראָפּעסיאַנעלע , מאָרד-כװאַטעס? געדונגען אָפּצוראַמען 
ראַזענטאַל'ען מון וועג. מען האָט זיי גענומען זוכען, אוֹן ביס- 


צוריק און נוו-ואָרק { 248 


לעכווייז האָט מען זיי אלע אַרעסטירט, אויך האָט מען אַרעס- 
טירט בעקער'ן. וענען ,לעפטי לואי'ן" האָט מען דערצעהלט, 
אַז ער איז אַן אינטעליגענטער, איידעל-ערצוינענער בחור'?, און 
אז די, וואס קענען איהם, גלויבט זיך פּשוט ניט, אן ער זאָל 
זיין א פארברעכער,. די פּרעסע אין טאָניטעגליך געװען פול 
מים איינצעלחייטען פון דער סיים, --- ניט נאָר די צייטונגען 
פון ניו יארק, נאָר פון נגאנץ אַמעריקא. 

בעקער'ס פּראָצעס איז געווען דער ערשטער, איך האָב . 
זיין טרייעל ביינעוואוינט און יעדען טאָג פאר'ן , פאָרווערטם" 
געשריבען מיינע איינדרוקען, 

מען האָט איהם געפונען שולדיג, און ער איז פאָראורטיילט 
געווארען צום טויט, ער אין גנעשטאָרבען אוים'ן עלעקטריק 
טשער אין סינג פינג. א קורצע צייט נאָך זיין טרייע? איז פאָר- 
נעקומען דער טרייעל פון די געדונגענע מערדער, און איהם האָב 
איך אויך בייגעוואוינט דער שלוס איז נגעווען א מאָרד-װערדיקט 
געגען אַלע פיר, און מען האָט זיי אויך , עלעקטראָקיוטעד", איי- 
נעם נאָכ'ן אַנדערען, אויך אין סינג סיננ. 

4 


מאיר לאָנדאַן, קאַנדידאַט אויף קאָנגרעסמאַן. --- מילוואקי 
ערוועהלט א סאַציאליסטישען מעיאר, - 


די וואה?-אַניטאציע פון יענעם יאֶהר (אין הערבסט, וי- 
געוועהנליך) איז ביי אונז געווען זעהר אַ טעטיגע, אין ניו יארק 
און אויך אין מילװאָקי, װיסקאָנסין (אַ גרויסע אַמעריקאַנער 
שטאָדט מיט אַ סך דייטשען און אַמעריקאַנער פון דייטשער 
אָפּשטאַמונג), אין ניו יארק האָט געפּלאַקערט דער קאמפּיין פון 
מאיר לאָנדאָן (זעה בילד ביי פּיידזש 988 פערטער באַנד) און 
פון טשאַרלס עדווארד ראָסעל. לאַנדאָן אין , געלאָפען" אויף 
קאָנגרעסמאַן פון דעם 12טען קאַנגרעס דיסטריקט (דער געגענד, 
וואו עס געפינם זיך דער ,פארוװוערטס'). ער אין געווען א 
גלענצענדער רעדנער און זעהר פּאָפּולער ביי אידישע ארבייטער. 
זיין קאמפּיין איז געווען פול מיט לעבען. דער קווארטאל האָט 
געקאָכט מיט באַגייסטערטע פארזאמלונגען ; און דער קאַנדידאָט 


2 בלעטער פון מוין לעבען 


איז געפלוינען פון איין פאַרזאַמלונג אויף דער צווייטער. טשאַרלס 
עדווארד ראָסעל, א באַקאַנטער אַמעריקאנער זשורנאַליסט, אין 
געווען דער סאַציאליסטישער קאַנדידאַט אויף גאַװערנאָר (נו- 
בערנאַטאָר) פון דעם שטאַאַט ניו יארק. אין יענע יאָהרען איז 
ער געווען אַן איבערנעבענער מיטגליד פון אונזער פּארטיי און 
פלעגט נעמען אַ לעבעדינען אַנטייל אין אונזער אניטאַציע. ער 
איז אויך געווען באַליבט ביי אונז, און דאָס, וואס ער איז אַ 
קריסט, און נאָך אן ,עכטער יענקי" דערצו, האָט איהם א סספּע- 
ציעלען חן געגעבען אין אידישע אוינען. אלזאָ, האָבען מיר אין 
זיין קעמפּיין זיך אויך אריינגעווארפען מיט גרויס אינטערעס. 
דאָס רוב פלעגען ער און לאַנדאָן ריידען אויף דיזעלבע מיטינגען. 
װוי געוועהנליך, האָב איך כמעט יעדען אַװענט גערעדט אויף 
קעמפּיין פארזאמלונגען, אָפּט אויף צוויי אָדער דריי אין איין 
אָווענט., 

און אין מילװאָקי, וואו דער פעהינער, ענערגישער װיקטאָר 
בערגער איז געווען דער פיהרער פון דער סאָציאליסטישער באַװע- 
גונג, --- און וואו בערנער איז מיט אַ יאהר פריהער ערוועהלט 
געווארען צו דעם װואשיננטאָנער קאָנגרעס, --- אין אָנגעגאנגען 
א פעבעדינגער קאמפּיין פאר די שטאָדט-וואהלען. 

פון פארשידענע אנדערע סטייטס זיינען געקומען באַריכטען, 
אַז דאָרטען זיינען די סאַציאליסטען אויך טעטיג. 

* * ט 

מאיר לֿאַנדאָן האָט באַקומען אַ גרויסע צאָל שטימען, אָבער 
ערוועהלט איז ער דיזען מאָל נאָך ניט געווארען. דערפאר אין 
פון מילװואָקי נעקומען די נוטע בשורה, אַז דער דאָרטיגער סאָ- 
ציאליסטישער קאַנדידאַט אויף מעיאר, עמי? זיידעל, איז עלעקטער 
געווארען, און אז אַנדערע סאַציאליסטען זיינען דאָרטען ער" 
וועהלט נגעווארען צו וויכטיגע אַנדערע אַמטען אין דער שטאָדט- 
רעגירונג. און דאָס וויכטינסטע פילייכט, -- אַז אונזער װיקטאָר 
בערגער איז דאָרטען ערוועהלט געװאָרען אַלס קאַנגרעסמאַן. פֿאַר 
אמעריקא איז דאָס געווען אַן אומנעהויערע נייעס. עס האָט זיך 
כמעט ניט נענלויבט, אַז אַ שטאָדט, וי מילװאָקי, איז אַרײנ- 
געקומען אין סאַציאַליסטישע הענט. און דיזעלבע שטאָדט האָט 


צוריק אין נוו-יאָרק 241 


אַ סאַציאַליסטישען קאַנגרעסמאַן אין וואַשיננטאָן ! די אַמערי- 
קאַנער פּרעסע האָט אָנגעהויבען אונזער פּאַרטײ צו שענקען אוים- 
מערקזאמקייט. ביי אונז איזן נעווען , ליהודים". 

צו דער אינאָגוריישאָן. פון עמיל זיידעל, דאָס הייסט, צו 
דער צערעמאָניע, בשעת ער װעט אַרינטרעטען אין זיין אמט 
אלס מעיאר פון מילװאָקי, בין איך אַריבערגעפאהרען אַהין.*) 
איך האָב ביינעוואוינט די סצענע, פאַרבראכט מיט די דאָרטינע 
גענאָסען און געשיקט באַריכטען צום , פאָרווערטס". | 

עס האָט אויסנעזעהן, אז ענדליך בליהט זיך אונזער בא- 
וועגונג פאַרנאַנדער אין אמעריקא, 


5 


ברודער-קריג אין אונזערע יוניאנס. -- אין דעם גרויסען 
שניידער-סטרייק פון 1913. --- אויך אַ בלעטעל 
פּערזענליכע געשיכטע. 


מיר האַלטען ביים אָנפאַנג פון 1019. אין יענעם יאֲהר 
זיינען אין אונזערע גרוֹיסע יוניאנס פאָרגעקומען צוויי סענסאַ- 
ציאָנעלע פּאַסירונגען, וועלכע האָבען געהאָט אַן אינערליכע עהנ- 
ליכקייט. 

אין ביידע פאַלען איז דאָס געווען אַ , ברודער-קריג", און 
אין ביידע האָט דער , פאָרווערטם" געשפּילט אַ ויכטינע ראָלע, 
אין יעדען פון די צוויי צוזאמענשטויסען איז געווען א פראנע 
צווישען באַרעכענטקייט, אָרדנוננ און דיסציפּלין פון איין זייט, 
און דעמאנאָנישער מאסען-הערשאַפט פון דער אַנדערער זייט. איין 
קאַמף האָט אוױיסנעבראָכען ביי די מענער שניידער, און דער 
צווייטער ביי די קלאוקמאַכער, --- די צוויי גרעסטע אידישע 
ארבייטעד אָרנאַניזאציעס אין אמעריקא, און דאָס הייסט אויך אין 
דער גאנצער װעלט. די שטעקנג פון ,פאָרוװוערטס" אין אין 
ביידע פאלען נעווען דיזעלבע. סיר האָבען ענערניש געשטיצט 
דעם צד פון דיסציפּלין, טאָלק און פאַרנונפט. א געוויסע צייט 


*) מילװאָקי געפונט זוך אַ שטונדע רוווע מיט'ן באהן פון 
שיקאַגאָ. 


248 בלעטער פון מוין לעבען 


האָבען מיר געהאט א שווערען קאמף. דעמאגאָגנישע איינפלוסען 
האָבען געוואונען די אויבערהאנט, און עס זיינען געווען אונאַנ- 
גענעמע מאַמענטען. אָבער אין ביידע פאלען האָט זיך די לאַנע 
געענדערט, און אונזער שטאַנדפּונקט אין באַשטעטינט געווארען. 
ביי ביירע נעשעהענישען האָט דער פפאָרווערטם" געהאט אַ 
גרויסען מאָראלען זיג, 

דער ערשטער ברודער קריג האָט אויסגעבראכען ביי די 
, יונייטעד נאַרמענט וװאָירקערס? (די יוניאן פון די פארשידענע 
שניידער פאַכען פון קליידער פאַר מענער). 

זיי האָבען ערקלערט אַ סטרייק ערב ניי-יאָהר, דעם 91טען 
דעצעמבער, 1915, און ביים ענד פון דער ניינטער װאָך פון 
דעם קאַמף האָט זיך ענטװויקעלט א קענסאַציאָנעלע פּאַסירוננ, 
וועלכע נעהערט צו דער נעשיכטע פון , פאָרווערטם", אזוי גוט 
וי צו דער געשיכטע פון די שניידער-פאכען. | 

אינדירעקט איז דאָס אויך פארבונדען מיט אַ העכסט:ויכ- 
טיגען בלעטעל פון מיין פּערזענליכען שיקזאַל. 

די נרויסע מאַסע ארבייטער אין דער שניידער-אינדוסטריע 
אין געווען באשעפטינט ביי קאַנטראקטאָרס, ריכטינער געזאָנט, 
ביי קאָנטראקטאָרלעך, וועלכע האָבען באַקומען די ארבייט פון די 
קליידער-פאבריקאנטען,. ‏ אין די ,ווערהייזער", דאָס הייסט, אין 
די פּ?עצער פון די קליידערקאַפּיטאליסטען, האָבען מייסטענס 
געארבייט נאָר די קאַטערס (צושניידער). פון דאָרטען האָט מען 
די צונעשניטענע שטיקער װאַרע געשיקט צו די קאָנטראקטאָרס, 
די באָסעס פון די שעפּער, וואו עס האָבען געארבייט די שניי- 
דערס, די בייסטערס, מאַשין-אפּערײטאָרס, פינישערס, פּרעסערס. 
דאָרטען איז די אַרבײיט אָנגעגאנגען אונטער זעהר שווערע באַ- 
דינגונגען. א גרויסער טיי? פון די שעפּער זיינען געווען ,סוועט 
שעפּער" (שװיץ-װארשטאַטען), וי אין די אמאָלינע צייטען. מען 
האָט געהאָרעװעט צו עטליכע-און-זעכציג שטונדען א ואָך פאר 
גאנץ צרה'דינע וויידזשעס. 

האָט מען ערקלערט אַ סטרייק. די יוניאן איז דאן געווען 
קליין און שוואך. אָבער דערביי האָט פּאַסירט דאָס, װאָס עס 
פלענט פּאַסירען כמעט ביי אַלע אידישע סטױוייקס אין אמע- 


צוריק אין נוו-ואָרק 249 


ריקא: עס זיינען צונעשטאַנען מאַסען שניידער, וועלכע האָבען 
פריהער צו דער יוניאָן נאָרניט געהערט. פֿאַר ני-יאָהר אין 
די יוניאן באַשטאַנען אויסשליסליך פון די, וואס האָבען געאר- 
בייט ביי די קאַנטראקטאָרלעך פון די קלענערע קליידער פירמעס. 
ווען עס האָט זיך אָנגעפאנגען דער קאמף, האָט ער אריינגעצויגען 
פילע טויזענדער, וואס האָבען נעארבייט ביי די קאָנטראקטאָרס 
פון די רייכע קליידער פאַבריקאנטען, די ריזען פון דער אינ- 
דוסטריע, די קלענערע פירמעס זיינען געווען אונזערע אידען, 
רוסישע, פּוילישע, נאַליציאנער, ווערענד די גרויסע, די מיליאָ- 
נערען פון דעם פאַך, זיינען מייסטענס געווען דייטשע ,יהודים", 
אָדער קינדער פון דייטשע ייהודים", לאַנג איינגעװאַרצעלטע 
רייכע קאָמפּאַניעס. די קאָנטראַקטאָרלעך האָבען קיין מאַכט 
ניט געהאַט. דאָס רוב פלענען זיי זייערע אַרבײיטער ניט קענען 
באַצאָהלען זייערע וועכענטליכע ויידזשעס, איידער זיי האָבען 
פון די רייכע מאַנופעקטשורערס באַקומען זייער וועכענטליכען 
טשעק. און די אַרביײיטס-פּרײזען האָבען זיך געװוענדט אֶָן די 
מאַנופעקטשורערס. הנם די שניידער האָבען די מאַנופעקטשורערס 
קיינמאָל ניט אָנגעזעהן אין די אוינען, איז זייער סטרייק געווען 
אַ קאַמף גענען זיי, גענען די מאַנופעקטשורערס, װאָרים די 
קאָנטראַקטאָרס זיינען אין דער אמת'ן געווען נאָר אַגענטען פון 
די קאַפּיטאַליסטען אין זייערע באַציהוננען מיט די אַרבײטער. 

די גרויסע מאַנופעקטשורערס, די , יאהודים", זיינען געוען 
אָרנאַניזירט. עס זיינען נעווען דריי אַסאָסיאײשאָנס אזעלכע, 
און די גרעסטע פון זיי האָט געהאַט אלס פּרעזידענט א קאַפַּ- 
טאַליסט מיט'ן נאָמען אַלפרעד בענדזשאמין. 

די מאַיאריטעט פון די אַרבײטער, ביי צויי-דריטעל, איז 
באַשטאַנען פון אידען,. די איבדינע זיינען געווען איטאַליענער. 

די סטרייקער האָבען געפאָדערט א פאַרקירצטען ארבייטס- 
טאָג, --- 48 שטונדען א ואָך, --- און די אַנערקענונג פון דער 
יוניאן, דאָס הייסט, אז קיין אַנדערע וי יוניא-לייט זאָל קיין 
שאַפּ ניט טאָרען באַשעפטינען, דער צווייטער פּונקט איז געווען 
דער וויכטינסטער, װואָרים דורך דעם װאָלטען אלע שעפּער געווען 
שטרענג יוניאניזירט, און דאן װאָלט די אָרגאַניזאציע קאָנטראָ- 


50 | בלעטער פון מיין לעבען 


לירט דעם טרייד; אלאָ, װאָלט איהר שוין מעגליך געווען צו 
דערשלאַנען זיך צו אַ העכערונג פון די וויידזשעס און צו אנ- 
דערע פארבעסערוננען. מען האָט, נאַטירליך, ערווארט אַ הע- 
כערונג פון די וויידזשעס אויפ'ן שטעל; אָבער דאָס האָט מען 
אָפּנעלעגט אויף דער צייט, ווען די באַלעבאַטים וועלען קומען זיך 
אונטערגעבען, און מען וװועט צוזאמענשטעלען דעם שריפטליכען 
אָפּמאַך מיט יעדען פון זיי באַזונדער, וװאָרים יעדע אָפּטײלוננ 
האָט געהאָט איהרע ספּעציעלע אינטערעסען און ספּעציעלע פֹאַ- 
דערונגען. צום ביישפּיל, די ראָק שניידער האָבען געפאָדערט 
אמת'ע וװאָך-אַרבײט, אנשטאָט די אַלְטע סיסטעם פון , ציל-אר- 
בייט" (וואו דער שניידער האָט יעדען פרייטאָג באקומען געוויסע 
וויידזשעס, מיט דעם תנאי, אז ער זאָל ביז דאן האָבען געענדינט 
אַ געוויסע צאָל רעק); די פּענטס מאכער און װעסט מאַכער 
ווידער האָבען געפאָדערט שטיק-ארבייט, 

* א * 

אַלס אָרגאַן פון די אידישע אַרבייטער, האָט דער , פאָר- 
ווערטס" דעם סטרייק אָפּגעגעבען א סך פּלאַץ, דער קאמף 
האָט יעדען טאָג פארנומען דעם אויבעךאָן פון אונזער פראָנט 
פּיידזש, אוֹן די , קעפּלעך" איבער די סטרייק באריכטען זיינען 
אימער געווען געדרוקסט מיט גאנץ גרויסע בוכשטאַבען. אויך 
האָבען מיר געדרוקט לייט-ארטיקלען צוצונעבען די סטרייקערס 
| מוט, און אויך אנדערע ארטיקלען ווענען דעם סטרייק. מאָרריס 
ראָזענפעלד, דער פּאָעט, וועלכער איז געווען אונזערער א שטענ- 
דיגער מיטאַרבײטער, האָט אויפנעשריבען א באַנריסוננסגעדיכט 
צו די סטרייקערס, 

א חוץ דעם, װאָס מיר האָבען געארבייט פאר'ן סטרייק 
דורכ'ן , פאָרװערטס", האָבען איינינע פון אונז געהאַלטען רע- 
דעס פאר די סטרייקערס. איך בין געווען נאנץ טעטינ דערביי. 

איינינע פון די מאַנופעקטשורערס האָבען גלייך נאָכגענע- 
בען. אנשטאָט 48 שטונדען, האָט די יוניאן מיט זיי געסעטעלט 
אויף פופצינ שטונדען א ואָך. די אנערקענונג פון דער יוניאן 
איז אַריינגעשריבען געװאָרען אין דעם אַגרימענט (אָפּמאך), און 
די וויידזשעס זיינען געהעכערט געווארען אויף ניש-קשה'דיגע 


צוריק אין נוו-ואָרק 281 


סומען, לויט די באַזונדערע אָפּמאכען פון די פארשידענע שעפּער. 

שפּעטער זיינען צונעקומען אַנדערע מאַנופעקטשורערס, נאָך 
שפּעטער --- ווידער אַנדערע. ס'איז אונטערגעשריבען געווארען 
אַ סעטעלמענט נאָך אַ סעטעלמענט (אן אָפּמאַך צווישען די מאַ- 
נופעקטשורערס און דער יוניאן). פון צייט צו צייט פלעגט דער 
,פאָרווערטס" מעלדען ווענען אַ סעטעלמענט מיט א נרויסען שאפּ. 
אַזױ איז דאָס געגאננען. עס איז אַװעק א ואָך, א צוייטע, אַ 
דריטע ‏ עס איןז באַריכטעט נעווארען וװעגען סעטעלמענטס פון 
צוואנציג שעפּער מיט אַמאָל, פון דרייסינ אָדער זאָנאַר פערצינ 
אין איין טאָנ, אַלְץ סמיט זינען פאר דער יוניאן. די מאנמ- 
פעקטשורערס, וואס זיינען נעקומען סעטלען, האָבען אָנגענומען 
כמעט אַלֶע פאַָדערוננען, וואס די אַרנאַניזאציע האָט זיי נע- 
שטעלט, --- די וויכטינסטע פאַדערונגען, יעדענפאַלס. 

אַזױ זיינען אַװעק ניין װאָכען. א היבשע צאֶה? פון די 
סטרייקערס זיינען שוין אַוװעק צוריק צו דער ארבייט, פאר דער 
אויסערליכער וועלט האָט עס אויסגנעזעהן, אז עס האלט גאַנץ 
נאָהענט צו אַ פאַלשטענדינען זינג פאַר דער יוניאן; אז אָטאָט, 
וועט יעדער שניידער שוין ווידער זיין אין זיין שאַפּ, און אז דער 
קאמף וועט זיין פאָלשטענדיג געוואונען. (אין דיזען זין האָבען 
מיר נעשריבען אונזערע באַריכטען, אום די סטרייקערס צוצו- 
געבען מוט. דעם 10טען פעברואַר, צום ביישפּיל, אין די 
, קעפּעל? אויף דעם סטרייקיבאַריכט געװוען: , שניידער אוים'ן 
שוועל פון אַ פאָלשטענדיגען זיג"). 

די שניידער אָבער און אַנדערע, וואס זיינען געווען נאָהענט 
צו דער אַרבייטער באַווענונג, און אַפילו זייטינע מענשען, װאָס 
האָבען אויפמערקזאַם געלעזען אונזערע באַריכטען און פאַרשטאַ- 
נען צו לייענען צווישען די שורות אויך, האָבען געוואוסט, אַז 
עס איז נאָרניט אַזױי פוינעלדינ, וי מען מיינט. וװאָרים די אַלע 
סעטעלמענטס זיינען נעמאַכט נעווארען מיט די קלענערע -- 
מייסטענס מיט נאָר קליינע -- בעליזבתים פון דער אינדוסטריע, 
מיט אידען אימינראנטען פון רוסלאנד, פּוילען אָדער נאַליציען, 
אין גאנצען האָבען געסעטעלט ווינינער וי צעהן טויזענד פון 
די סטרייקערס, ווערענד אומגעפעחר ביי אַ פינף-און-צוואנציג טוו- 


280 | בלעטער פון מיין לעבען 


זענד האָבען נאָך נעסטרייקט, און זיי זיינען דאָס רוב געווען 
אַזעלכע, װאָס זייערע וויידזשעס זיינען געקומען פון די מיליאָ- 
נערסקע דייטשע ,יהודים", די לייבען פון דער אינדוסטריע. וי 
געזאָגט, זיינען דיזע רייכע פירמעס געווען פאראיינינט אין אסאָ- 
סיאיישאָנס, און זיי האָבען זיך ניט געריהרט פון אָרט. 

וויכטיג איז דערביי אויך דער אויבעך-דערמאַנטער פאקט, 
אז די אַרבייטער, וואס זיינען נגעווען באשעפטינט ביי די קאָנ- 
טראקטאָרען פון די דאָזינע מיליאָנערען, זיינען אין דער יוניאן 
אריינגעטראָטען ערשט נאָכדעם, װוי דער פטרייק האָט זיך שוין 
אָנגעפאנגען. די יוניאן אין נאָך ביי זיי געװוען א נייע זאך, 
קעממען און ליידען פאר איהר, --- צו דעם זיינען זיי נאָך ניט 
געוואוינט געווען. | 

נאָך אַ װואָך איז אַװעק. די װאָס זיינען נענאננען צוריק 
צו דער ארבייט ביי די נעסעטעלטע שעפּער, האָבען געצאָהלט 
צעהן פּראָצענט פון זייערע ויידזשעס צו שטיצען די, וואס 
האָבען נאָך געמוזט סטרייקען. מעהר האָט מען פון זיי ניט גע- 
קענט פאָדערען. אָבער פאר די פינף-און-צוואנצינ טויזענד אין 
דאָס געווען וי א טראָפּען אין ים. און אפילו די צעהן פּראַ- 
צענט האָבען די , נעסעטעלטע? ארבייטער אויך ניט אימער נע- 
בראַכט צו דער צייט. זיי זיינען אַליין אויך געווען פאראָרעמט 
און פאר'משכנ'ט,. די לאַסט פון די ,ניט געסעטעלטע?" אין 
געווארען אלץ שווערער און שווערער. 

איינינע פון די אידישע שניידער, װאָס האָבען געארבייט 
ביי די , יהודים', האָבען שוין פארלאָרען די געדולד, און זיי 
זיינען אוועק צוריק צו דער ארבייט אֶהן אַ סעטעלמענט. און 
װאָס אנבאטרעפט די איטאליענישע מיטנלידער פון דער יוניאן, 
האָט אַ גרויסע מאַיאריטעט פון זיי פארלאָזען דעם סטרייק 
נלייך ביי זיין אָנפאננג. 

יעדען טאָנ אין געווארען נרעסער די נעפאהר, אז די, 
װאָס זיינען נאָך געבליבען סטרייקען, זאָלען אויך פאַרלירען זייער 
געדולד, און דאַן װאָלטען די , נעסעטעלטע? שעפּער פארלאָרען 
דאָס, װאָס זיי האָבען נעוואונען. ואָרים דער אָפּמאַך, װאָס 
זייערע באַלעבאַטים האָבען אונטערנעשריבען, האָט ענטהאלטען אַ 


צורוק און נוו-ואָרק 258 


פּונקט, אז זייער סעטעלמענט איז אָפּהענגיג אֶן די באַדינגונגען, 
װאָס מען װעט קענען ארויסקריגען ביי די מעכטיגע אסאָסיאיי- 
שאָן פאבריקאנטען. אויב ניט, װאָלט זיי אונמענליך נעווען צו 
קאָנקורירען מיט זיי, 


אלס הויפּט פיהרער פון דעם סטרייק זיינען אַנאָנסירט נע- 
װאָרען צוויי באַקאַנטע פּערזאָנען פון דער אידישער ארבייטער 
באַווענונג, אונזער גענאָסע, דער אויבען-דערמאַנטער מאַקס פֿיין, 
און בענדזשאַמין שווייצער, דער אַרגאַניזאטאָר פון יענער אִפּ- 
טיילונג פון די ,, יונייטעד נאַרמענט וואירקערס", וועלכע אין באַ- 
שטאַנען פון ראָק שניידער און וועלכע האָט זיך גערופען , בראַ- 
דערחוד אָוו טעילארס" (די ברודערשאַפט פון שניידער), 


פּיין פלעגט ארויפקומען צו אונז אַלע טאָג און אָפּנעבען א 
באַריכט ווענען דעם צושטאַנד פון סטרייק איך פלעג מיט איהם 
שמועס'ען, און אזוי בין איך געווען גוט באקאנט מיט דער לאגע, 
א חוץ דעם, בין איך דאָך אָפּט נגעווען ביי די סטרייקערס,. אלזאָ, 
האָב איך געוואוסט, אז די האָפנונגען אויף א זיג וערען אלץ 
קלענער. נאַטירליך, פאר דער עפענטליכקייט האָט דער , פאָך- 
ווערטם" דאָס ניט אַרױסגעזאָגט, אין די אינטערעסען פון דעם 
קאמף האָט מען זיך געמוזט מאַכען האַרץ. 


6 


פּרײיטאָג-צונאַכט, דעם 28טען פעברואר. -- א באַזוך פון 
מאַקס פּיין און בענדזשאַמין שווייצער. -- אייק גאָלך- 
שמיין און לואים האָלענדער. 


פרייטאָג אווענט, דעם 28טען פעברואר, זיינען צו מיר אין 
אָפּיס אריינגעקומען פּיין און שוייצער, זייערע פּנים'ער האַ- 
כען געטראָגען אן אויסדרוק פון מיפער ערנסטקייט, פּיין האָט 
פאר מיר נעשילדערט די לאַנע פון דעם סטרייק. ער האָט ער- 
קלערט, אז עס האַלט שמאָל. ער האָט אָבער צונעלעגט, אז עס 
איז פאַראַן א מעגליכקייט צו סעטלען מיט די גרויסע פאברי- 
קאנטען, אויב די יוניאן זאָל איינגעהן אויף א קאָמפּראָמיס. דער 
קאָמפּראָמיס איז ניט קיין פרעהליכער פאר דער יוניאן, אָבער די 


254 בלעטער פון מיין לעבען 


יוניאן אין נעצוואוננען איהם אנצונעמען, אזוי האָט פּיין מודה 
געווען. 

מיט די פאָרשטעהער פון די רייכע פירמעס האָבען זיך גע" 
זעהן דריי זייטינע מענשען, איינפלוסרייכע באקאנטע פּערזאָנען: 
אַ רייכער כל?-טוער, אַ פרומער קריסט מיט'ן נאָמען ראָבערט 
פולטאָן קאטיננ; אַן אמעריקאנער אידישער כלל-טוער מיט'ן 
נאָמען מאַרקוס מ. מאַרקס, און דער איצט-באַריהמטער ציוניסט, 
דר, דזש, 9, מאגנעס, וועלכער איז פריהער געווען דער וויכטינ- 
סטער פּרעדינער אין דעם טעמפּעל עמנואל (די רייכסטע רעפאָרם- 
שול פון ניו יארק). זיי האָבען זיך געװוענדט צו אַלפרעד בענ- 
דזשאַמינ'ען און צו אַ פּאַר אַנדערע פון די רייכע קליידער פאַב- 
ריקאנטען,. פריהער האָבען דיזע קאַפּיטאליסטען פון דער יוניאן 
אפילו ניט געוואלט וויסען, און מיט איהרע פאָרשטעהער האָבען 
זי אפילו איצט אויך ניט נעװאָלט זיך באנענענען. גאנץ 
אנדערש איז געווען, ווען צו זיי האָבען זיך געווענדעט דיזע דריי 
באקאנטע פּערזאָנען, זיי זיינען אלץ געווען פעסט ביי זיך און 
פאר'עקשנ'ט. זיי האָבען זיי אָבער אויסנעהערט פריינדליך און 
האָבען זיך געלאָזט בוינען אַביסעל. ענדליך זיינען זיי מרוצה 
געווארען אויף א קאָמפּראָמיס. קיין ממשות'דינע באדייטונג 
האָט דער קאָמפּראָמיס אַן און פאר זיך ניט געהאַט, אָבער אן 
אֶנהוֹיב איז דאָס פאָרט געוען. 

זיי זיינען בארייט נגעווען נאָכצונעבען קלייניגקייטען. וענען 
אנערקענען די יוניאן האָבען זיי ניט געוואלט הערען. און דאָך 
איז דאָס געווען אַ שריט אין א גוטער ריכטונג. די יוניאן 
אין צום ערשטען מאָל נעקומען אין א שייכות מיט די גרויסע 
מאנופעקטשורערס אסאָסיאײישאָנס אַ ? ס אַ יו ני אָן, -- 
אמת, דאָס אויך ניט דירעקט, נאָר בלויז דורך די פאַרמיטלער. 
אָבער דאָס האָט מען שוין נעקענט באַטראַכטען אַלס אַ פונ- 
דאַמענט פאר אַן אנערקענונג פון דער ארנאַניזאציע שפּעטער, 
ווען זי װעט ווערען אמת שטאַרק, יעדענפאלס, האָט מען קיין 
אנדער ברירה ניט נעהאט. עס איז געוװען א פראנע ניט פון 
אויסקלייבען זיך װאָס עס לוינט בעסער, נאָר פון נויטווענדיגקייט. 

וי פּיין האָט סיר ערקלערט, איזן דער סטרייק געשטאַנען 


צוריק און נוו-ואָרק 908 


אַזױ שלעכט, אז אויב מען זאָל ניט אָננעמען דיזע שוואכע פּשרה, 
וועט דער סטרייק איננאַנצען פארלארען געהן, און דאן װאָלט 
די יוניאן געגאנגען צוֹ גרונד, עס אין הויפּטזעכליך געװען אַ 
פּראַנע פון ראַטעװען די יוניאן. 

די קאָמיטע פון די דריי אנגעזעהענע בירנער האָט די פּונק- 
טען פון דעם קאָמפּראָמיס געמעלדעט טאָמאַס א. ריקערט'ען, דֶעם 
סעקרעטער פון דער ,יונייטעד גאַרמענט ואָירקערס". דאַן האַ- 
בען ריקערט און די איברינע מיטנלידער פון דער עקזעקוטיוו 
קאָמיטע פון דער ,יונייטעד נאַרמענט וואירקערס" באַטראַכט די 
לאנע, און זיי זיינען געקומען צום שלוס, אז מען מוז דעם קאָמ- 
פּראָמיס אָננעמען,. צוערשט האָט אָבער די קאָמיטע געװאָלט ‏ 
וויסען, אויב דער ,פּאָרווערטס? װעט אַזאַ סעטעלמענט שטיצען. 
דעריבער זיינען דאָס פּיין און שווייצער יענעם אַווענט געקומען 
צו מיר, 

--- װואָס זאָגט איהר, גענאָסע קאַהאן? -- האָט פּיין נע- 
פרעגט, נאָכדעם וי ער האָט מיר אַלְץ דערצעהלט און ערקלערט. 

מיין אַנטװאָרט איז נעווען : 

-- נעמט אֶן דעם קאָמפּראָמיס, דער , פאָרװוערטס" װעט 
שטעהן מיט אייך. עס איז ניט קיין גוטער סעטעלמענט, מען 
קען זיך אָבער ניט העלפען. יעדענפאלס, װעט מען קענען בויען 
אן אמת'ע יוניאן, 

-- עס וועלען זיך געפינען היץיקעפּ. מען װעט מאַכען 
א נגעוואלט, --- האָט ער געזאָגט, --- עס װעט גלאָט ניט אֶפּנעהן. 

-- עס מאַנכט ניט אויס. נעמט אָן דעם סעטעלמענט. מען 


וװועס זיך באַרוהיגען --- האָב איך גענטפערט, -- מען ועט 
פארשטעהן, אז ס'איז קיין אנדער ברירה ניט געווען. 
* א * 


איך האָב זיך נענומען שרייבען א לייט-אַרטיקעל פאר דעם 
מאָרגענדיגען ,פּאָרווערטס? צו ערקלערען, פארװאָס מען מוז זיך 
באַנוגענען מיט אַזאַ סעטעלמענט. דער געוועהנליכער לייטזאר- 
טיקעל געהט אויף אן אינוויינינסטער פּיידזש. יענע פּיידזש אין 
שוין אָבער געווען אויפגעזעצט און נעשלאָסען, און עס איז שוין 
געווען שפּעט. ענדערונגען דארטען צו מאכען אין געװוען אונ- 


א יו בלעטער פון מיון לעבען 


מעגליך, אָפען זיינען נאָך געװען בלויז די נייעס-פּיידזשעס. 
אלזאָ, האָב איך געהאַט אין זינען א ספּעציעלען ליט- 
אַרטיקעל, וואס זאָל זיין נעדרוקט אויף דער ערשטער פּיידזש, דאָ 
וואו עס געפינט זיך די וויכטיגסטע נייעס. 

אויף מיין ביטע, האָט זיך פּיין אַוועקגעזעצט ביי מיין דעסק, 
און איך האָב איהם גענומען דיקטירען דעם אַרטיקעל, 

ווען איך בין אזוי ארומגעגאננען הין און צוריק, דיקטירענ- 
דינ, איז אריינגעקומען אייק גאַלדשטײן, איינער פון די אָרנאַני 
זערס פון דער , בראָדערהוד אוו טעילאָרס", און צוזאַמען מיט 
איהם זיינער א סיט-ארבייטער, א הויכער יונגערמאן מיט'ן נאָמען 
לואיס האַלענדער, וועלכער אין מיר דאַן נעװען אונבעקאנט, 
נאָדשטײנ'ען האָב איך געקענט, ער איז געווען אן אַנאַרכיסט, 
אַ פּאָליטישער נגעגנער אונזערער, אָבער ניט קיין שונא. ער אין 
געווען אַ היצינער מענש, אן ערליכער אידעאליסט, אָבער מעהר 
טרוימער וי פּראַקטיקער, ווען ער האָט זיך דערוואוסט ועגען 
דעם סעטעלמענט, װאָס מען וויל דאָ מאַכען, איז ער אויפנגעבראכט 
געווארען, ‏ אלזאָ, אין ער גענאנגען זוכען פּיין'ען. ער האָט 
פארשטאַנען, אז ער נעפינט זיך איצט ביי אונז אין אֶפּיס, און 
דעריבער איז ער נעקומען צו אונז. 

די טיר פון מיין פּריװואטאָפיס איז געווען אָפען, און ווען 
ער איז אריינגעקומען אין דעם אַלגעמײנעם רעדאקציאנס-צימער, 
האָט ער דערהערט, וי איך דיקטיר עטליכע װוערטער, וועלכע האָ- 
בען אָנגעוויזען אויף דעם עיקר פון מיין אַרטיקעל. ער האָט 
גענומען צו מיר אַפּעלירען, איך זאָל אַזאַ אַרטיקעל ניט דרוקען ; 
ער האָט נערערט מיט שמערץ און מיט צאָרן. ער האָט גע- 
טענה'ט פון נאַנצען הארצען. 

--- גענאַסע קאַהאן! גענאָסע קאַהאַן! דער סעטעלמענט 
איז אַ פארברעכען, --- האָט ער זיך געבעטען. 

איך האָב איהם ערקלערט, אז דער מאָמענט איז אן ערנס- 
טער, אז מען טאָר זיך ניט היצען. 

--- דער סעטעלמענט איז ניט קיין גוטער, --- האָב איך גנע" 
זאָגט, --- עס װאָלט זיך וועלען האָבען עטוואס בעסערס, ראַטע- 


צורוק און נוודואָרק 287 


װועט איצט די יוניאן, װעט איהר האָבען װאָס אויפצובויען. 
דאן וועלען מיר האָבען גרעסערע זיגען, 

איך האָב אַפּעלירט צו איהם אויפ'ן פריינדליכסטען שטייגער, 
און ער האָט דעבאַטירט מיט שברת לב, אָבער אויך פריינדליך, 
איך בין געבליבען ביי דאָס מיינינע, און ער און זיין באַנלײטער 
זיינען אוועק. | 

אין א פּאַר שטונדען אַרום איז שוין אויף די נאסען געווען 
דער , פּאָרווערטס?,*), אויף מעהר װי א העלפט פון דער ערש- 
טער פּיידזש, אויף דער ברייט פון פינף קאָלומס, מיט גאנץ 
גרויסע בוכשטאַבען, זיינען געשטאַנען די ווערטער: 

,דער גרויסער שניידער סטרייק געסעטעלט". 

אונטער דעם, אויך מיט פאננע שורות און נרויסע בוב- 
שטאבען, איז געשטאַנען: 

,די גרויסע מאנופעקטשורערס אסאָסיאיישאַנט ניבען ענד- 
ליך נאָך, אויף א קאָמפּראָמיס?. און אונטער דיזע ווערטער מיט 
דיקע שורות : 

, דער סעטעלמענט איז ניט אַזאַ גוטער, וי עס װאָלט זיך 
וועלען, אָבער פאר דעם צוקונפטינען שיקזאל פון די שניידער 
אין ער זעהר א גוטער. די גרויסע שניידער יוניאן אין נע- 
שאפען געווארען, עס איז דאָ אַ פעסטער פונדאַמענט די אומ- 
גליקליכע טרייד צוֹ פארבעסערען און פארבעפערען". 

דאן זיינען געווען אויסגערעכענט די באַדינגונגען. די וויב- 
טיגסטע פון זיי זיינען געווען: 

,1) די דריי גרויסע מאנופעקטשורערס אסאָסיאיישאָנס און 
די יונייטעד נארמענט ואירקערס לאָזען איבער די פראנע פון 
ארבייטס-שטונדען צו א קאָמיטע. איינצעלהייטען זיינען נאָך 
ניט באשטימט געווארען. אָבער אז דער מאקסימום ארבייטס-טאָנ 
וועט זיין ניין שטונדען, --- דאָס אין שוין באַשטימט (דאָס 
הייסט, 284 שטונדען א ואָך, אנשטאָט די 80 שטונדען, וועלכע 
זיינען באַשטימט אין די פריהערדיגע סעטעלמענטם), 


*) דער שבת'דיגער ,פאָרווערטס" פלעגט דאן פארטיג ווערען 10 
אוחר פריומאָג אווענד. ו' 





258 בלעטער פון מוין לעבען 


,2) די וויידזשעס ווערען געהעכערט אויף 1 דאָלאר א 
װאָך. 

,8) סאָב-קאַנטראקטאָרס ווערען אָפּנעשאפט." 

מיין אַרטיקע? ענטהאלט צווישען אַנדערע שורות די פאָל- 
גענדע : 

,אן אמת'ער קעמפער איז דער, װאָס האָט ניט בלויז דֶעם 
מוט צו קעמפען און צו אָפּפערען; אן אמת'ער קעמפער דאַרף 
אויך וויסען, װוי אזוי געלאסען אַלץ צו באַטראַכטען און די אומ- 
שטענדען גוט צו פארשטעהן. 

, די אומשטענדען אין דיזען פאַל זיינען אזעלכע, אז דער 
סעטעלמענט וועט זיין א פונדאמענט פאר א ווייטערער פאר" 
בעסערונג פון אייער טרייד, ‏ פארנעסט ניט, אז אייער גרויסע 
יוניאן איז נאָך זעהר יוננ. זי איז, איינענטליך, געבאָרען גע- 
ווארען איצט, אין קאמף. סיט דיזען סעטעלמענט װעט זי 
ערשט ווערען אן אמת-מעכטינע אֶרנאַניזאציע. א דאָלער א 
װאָך איז נאַטירליך צו וויינינ ; ניין שטונדען א טאָג אין נאַ- 
טירליך צופיל. האָט אָבער אין זינען, אז דאָס אין נאָר אַן 
אנהויב. וואס האָט איהר געוואונען? א יוניאן האָט איהר נע- 
וואונען ! | 

,דאָס איז דאָס וויכטינסטע. יעדער אמת'ער יוניאן-מאַן 
וועט דאָס פארשטעהן. בל יז היץיקעפּ און פּלאַפּלער ועלען 
ריידען נגענען". 

7 


מען ברעכט שויבען אין , פּאָרװוערטם". 


מאָרגען, שבת, האָט זיך אָפּנעטאָן מעשים. איך האָב דאן 
געוואוינט אויף דער 96טער סטריט, צווישען מעדיסאָן און פּאַרק 
עוועניו. און, וי נעוועהנליך שבת, בין איך דעם ערשטען 
האלבען טאָג געבליבען אין הויז. איך האָב קיין באַנגריף ניט 
געהאט, וואס דאון-טאון קומט פאָר. אָבער אדאָלף העלד, ועל- 
כער איז דאַן ווידער געווען דער געשעפטס-פיהרער פון ,פאָר- 
ווערטס", האָט מיר געלאָזט וויסען. וען איך בין געקומען אין 
, פאָרווערטס" נילדינג, האָב איך גלייך ביים אַריננאַנג נעזעהן 


צוריק אין נוו-ואָרק 289 


א באַשטעטינונג פון העלד'ס ווערטער: די גרויסע שויבען פון 
דער פּראָנט טיר זיינען געווען אויסגעזעצט. | 

דאַן האָב איך זיך דערוואוסט איינצעלהייטען. 

אין דער פריה האָבען זיך די סטרייקער צוזאמענגעקליבען 
אין די האָלס, וואו זיי האָבען זיך אימער געפונען, זינט עס האָט 
זיך אָנגעהויבען דער סטרייק. עס האָט זיך גענומען טראָגען א 
גערודער פון אונצופרידענהייט מיט דעם פעטעלמענט. מען איז 
ארויס פון די האָלס און זיך גענומען זאמלען אין די נאסען. 
אזוי האָבען זיך אָנגעקליבען עטליכע טויזענד מענשען. די מער- 
הייט פון דעם עולם אין גענאננען צו איסט בראָדוועי, וואן 
עס געפינט זיך דער , פאָרװוערטס". א קלענערער טייל איז אוועק 
צו דעם אֶפיס פון דער יוניאן, וועלכער האָט זיך געפונען אין 
דער , בייבע? האוז", אויף דער אַכטער סטריט, צווישען דריטער 
און פערטער עוועניו, ‏ דער עולם, וואס איז נגעווען אונצופרידען 
מיט דעם קאָמפּראָמיס, איז באַשטאַנען פון די, װאָס האָבען גע- 
ארבייט אין די , געסעטעלטע? שעפּער. זיי זיינען שוין געווען 
צוריק ביי דער אַהבייט און האָבען באקומען רענעלמעסינע ויי- 
דזשעס. (שבת האָבען אָבער פילע פון זיי ניט געארבייט, זיי- 
נען זיי איצט געווען אוים'ן נאס),. זיי האָבען געסעטעלט אויף 
פופצינ שטונדען 8 ואָך, און לויט דעם אלנעמיינעם קאָמפּראָמיס 
װאָלטען זיי נעמוזט ארבייטען 84 שטונדען א ואָך, און זייערע 
געהעכערטע פּרייזען װאָלטען אויך פארקלענערט געווארען, ווארים 
זייערע סעטעלמענטס זיינען דאָך געווען אָפּהענינ פון דעם אל- 
נעמיינעם סעטעלמענט פון דעם ואַנצען טרייד, אן זיי זאלען 
מיט דעם קאָמפּראָמיס ניט זיין צופרידען, אין נגעווען נאַטירליך. 
א חוץ דעם, האָט זיך פאר די , נעסעטעלטע? סתם נעלוינט, אן 
די אַנדערע שניידער זאָלען ווייטער סטרייקען, װואָרים דורך דעם 
האָט שטאַרק געפעהלט סחורה אין די קליידער-געשעפטען פון 
קאנד, און אז עס האָט נעפעהלט סחורח אין די געשעפטען, אין 
געווען אֶהן אַ שיעור אַרבײיט, און זיי, די ,געסעטעלטע" שניידער, 
און זייערע באָסעס האָבען גוט פאַרדינט. דיזע באָסעס האָבען 
זייערע ארבייטער געהעצט צו פּראָטעסטירען גענען דעם נייעם 
סעטעלמענט, 


0 בלעמער פון מיין לעבען 


ספּעציעל אינטערעסאנט איז דער פאָלנענדער פאקט; צוי- 
שען די , נעסעטעלטע" שעפּער זיינען נעווען א סך אזעלכע, וואס 
האָבען איצט בשתיקה נעארבייט פאר די ,ניט-געסעטעלטע" מאַ- 
נופעקטשורערס. סמיט אנדערע ווערטער, די , געסעטעלטע" שניי- 
דער האָבען געסקעבט (געווירקט אַלס סטרייקיברעכער) גענען 
זייערע סטרייקענדע יוניאָן ברידער, און דורך דעם האָבען זיי 
די גרויסע מאַנופעקטשורערס געהאָלפען זיך האַלטען פעסט גענען 
דער יוניאָן. 


צווישען די שניידער, וואס זיינען יענעם שבת, דעם 1טען 
מערץ, נעווען אויפ'ן נאָס, האָבען זיך אויך נעפונען שניידער פון 
ניט-נעסעטעלטע שעפּער. דאָס זיינען געװוען אויסגעהוננערטע 
מענשען. זיי האָט געצוינען צו נעהן צוריק צו דער ארבייט, זיי 
האָבען קיין חשק ניט נעהאט וייטער צו הוננערען אין די אינ- 
טערעסען פון די ,, געסעטעלטע", זיי האָבען זיך מיט דעם קאָמ- 
פּראָמיס נגעפרעהט, זיי זיינען איצט מיטגעגאנגען מיט רי ,גע- 
סעטעלטע? אויפ'ן נאָס נאָר פון ניינערינקייט. 


די וואָרט-פיהרער זיינען געווען ארבייטער פון די ,נעסע- 
טעלטע" שעפּער, און די אַנדערע, די ניט-נעסעטעלטע, האָבען 
ניט נעהאַָט קיין מוט אַרױסצװזאָנען זייער מיינונג. ‏ די לופט 
איז געווארען אָנגעצונדען מיט אַ נייסט פון פּראָטעסט נענען די 
פיהרער פון דעם סטרייק און נעגען דעם , פאָרװערטס". פאר דע- 
מאנאָגען אין אזא מאָמענט א גאָלדענע געלעגענהייט. 

שטעלען זיך גענען דיזען נייסט איז געווען געפערליך. רי- 
דען וועגען דער שלעכטער לאַנע, אין וועלכער דער סטרייק גע- 
פינט זיך, ווענען נויטווענדיגקייטען, ווענען פּראַקטישקײט, -- 
דאָס האָט קיינער ניט געסמייעט. די ניט:,נעסעטעלטע? האָ- 
בען ניט געסמייעט צו טענה'ען גענען די , נעסעטעלטע", וואס 
פאָדערען, אז די הוננגערינע זאָלען ווייטער הונגערען. 

דער אויבעןזדערמאַנטער אייק נאָלדשטיין, דער אַנאַרכיסט, 
איז געווען איינער פון די, װאָס האָבען רעפּרעזענטירט דעם קאמף- 
גייסט ער האָט דאָס אָבער געטאָן פון אן עהרליכער איבער- 
ציינונג. אוים'ן נאס, מיט דער אויפגערענטער מאסע, אין ער 


צוריק אין נוװ-ואָרק 201 


איצט ניט געווען, אָבער דאָס איז געווען נאָר וויי? ער האָט אַ 
גאנצע נאַכט ניט נעשלאָפען. ער און א פֹּאֶר אַנדערע פון דער 
,בראָדערהוד", און אלע מיטנלידער פון דער בראָדערהוד'ס עק- 
זעקוטיווע, האָבען די נאַכט פאַרבראַכט אויף אַ באַראַטונג. 
דאָרטען זיינען געווען אזעלכע, װאָס האָבען פאַרשטאַנען, װי נוי- 
טינ עס איז דער קאָמפּראָמיס, אָבער די אַנדערע האָבען זיי אי- 
בערגעשריען, אוֹן די עקזעקוטיווע האָט דאַן ארױיסגעלאָזען א 
פּראַקלאַמאַציע, אז דער סטרייק מון פאָרטנעזעצט וערען. 

ווען די מאַסע איז צונעקומען צו איסט בראָדועי, האָט 
אימיצער גענומען שרייען, אַז מען זאָל געהן צו דער רעדאַק- 
ציע פון דער אידישער צייטונג ,װאַרהייט", וועלכע האָט זיך גע- 
פונען אויף איסט בראָדוועי, אַ האלבע מינום גאַנג פון ,פאָר- 
ווערטס", דער ,פאָרװוערטס", דער אָרגאַן און אייגענטום פון 
די אָרגאַניזירטע אידישע אַרבײיטער, אין פּלוצלוננ טריף נע- 
װאָרען, דערפאַר װאָס ער זאָגט, אַז אונטער די אומשטענדען מוז 
מען זיך מיט דעם סעטעלמענט באַנוגענען. מען דארף איהם 
דערפאר פאַרדאַמען, און מען דאַרף נעהן בעטען די ,ווארהייט", 
אַן זי זאָל פיהרען דעם סטרייק. אזוי האָבען נעשריען איינינע 
פון די אונצופרידענע, און איינינע סתם מענשען, פאַר וועמען 
אזא מאַמענט אין אַ נוטע נגעלעגענהייט צו ווערען דער צענטער 
פון אויפמערקזאמקייט. און די מאַסע איז מיט זיי מיטגענאננען. 

די ,װאַרהייט? איז געווען דער ארנאן פון טעמעני האָל, פון 
דער קאָרופּטעסטער פּאָליטישער אָרנאַניזאציע אין אמעריקא, -- 
פון דער טעמעני האָל, וועלכע האָט געצוינען איינקונפט פון 
פּראָסטיטוציאָנס-הײזער און פון אַלערלײי פארברעכער; פון דער 
טעמעני האָל, וועלכע האָט רעפּרעזענטירט אֵלֵץ, וואס איז שמוצינ 
אין דעם פּאָליטישען לעבען. מיט אַ טאָנ פריהער האָט דיזעלבע 
מאַסע אַפּלאָדירט אונזערע רעדנער ; מיט עטליכע מאָנאַט פריהער, 
אין דער צייט פון דער וואה? קאמפּאניע, האָבען פילע פון דער- 
זעלבער מאַסע פאַרדאַמט טעמעני מיט איהרע לומפּערייען און 
געשריען חורא פאַר די סאַציאליסטישע קאַנדידאַטען. 

צווישען דיזע מענשען האָבען זיך געפונען אזעלכע, וואס 
זיינען מיט אַ טאָנ פריהער געקומען מיך בעטען, איך זאָל קומען 


209 בלעטער פון מיון לעבען 


אַדרעסירען די פטרייקערס,. איצט האָבען זיי געשריען צו דער 
טעמעני-צייטונג, אז זי זאָל זיין זייער ראַט-געבערין און פיהרערין. 

באַלד האָט זיך ביי אן אָפענעם פענסטער פון דער ,װאַר- 
הייט" רעדאקציע באַװויזען א יונגער מאַן, און ער האָט גענומען 
ריידען צום עולם, 

דאָס איז געווען לואיס האַלענדער, דער בעאמטער פון דער 
,בראָדערהוד אוו טעילאָרס", וועלכער איז פאָריגען אַוענט גע- 
ווען ביי מיר אין אֶפִיס צוזאַמען מיט אייק גאָלדשטינ'ען. ער 
האָט איצט געהאַלטען אַ רעדע פאר די, װאָס זיינען געווען פאַר- 
זאַמעלט אין דרויסען. ער האָט זיי געהייסען ניט אָננעמען דעם 
סעטעלמענט, און ווייטער סטרייקען. 

האָלענדער איז שוין פון לאַנג געווען א גענגנער פון , פאָך- 
ווערטס", אָבער ניט צוליב יוניאן אנגעלענענהייטען, און אויך ניט 
צוליב פּאָליטישע שטאַנדפּונקטען בשעת יעקב נאָרדין האָט גע- 
לעבט, אין ער געווען אַ הייסער אָנהעננער זיינער, און איצט 
איז ער אויך געווען א הייסער גאָרדיניסט, ער אין געװען א 
מיטגליד פון דעם ,גאָרדין סוירקעל?" (אַ קלוב פוֹן באַגײיסטערטע 
גאָרדיניפטען). און זינט אין ,פאָרװוערטס" איז ערשינען מיין 
סעריע אָפּהאַנדלונגען וועגען נאָרדין'ס דראמאטישע וערק (אין 
יאָהר 1908, זעח פערטען באַנד פון דיזע , בלעטער", פּיידזשעס 
821--020), איז ער און דער גאַנצער ,סוירקע?" געווען פאַר- 
ברענטע אַנטי-,פאָרװוערטסיסטען". אַזױ וי די ,װאַרהײיט" האָט 
גאָרדינ'ען שטאַרק געשטיצט געגען ,פאָרוערטס" און אונז סתם 
אַטאַקירט, איז די ,װאַרהייט? געווען דעם , סוירקעל'ס" אָרגאַן. 
ווען ער איז צו מיר נעקומען צוזאַמען מיט אייק נאָלדשטיינ'ען, 
האָב איך ווענען דעם קיין באַנריף נישט געהאט. איך האָב 
זאָגאַר ניט נעוואוסט זיין נאָמען. 

* א * 

פון דער ,װאַרהייט? האָט דער קראוד זיך אַ לאָז געטאָן צו 
דער ,פאָרווערטס" בילדינג. װאָס דאַן איז פאָרגעקומען, איז 
געווען באַריכטעט אין דעם מאָרגענדיגען (זונטאָגדינען) ,פאָר- 


ווערטס", וי מיר וועלען באַלד זעהן. 
* א א 


צוריק און ניו-ואָרק 208 


אין דעם מאָרגענדיגען נומער פפאָרווערטס", דעם 2טען 
מערץ, איז אויף דער ערשטער פּיידזש געווען געדרוקט מיט גרויסע 
ווערטער : | 

,גרויסע אויפרעגונג ביי די שניידער, אונצופרידענחייט מיט 
דעם סעטעלמענט". | 

אין דעם באַריכט ווערט דערצעהלט: 

,נעכטען אין געווען א טאָג פון גרויסע פּאסירונגען אין 
דעם שניידער סטרייק. די נייעס, אַז דער סטרייק אין געסעטעלט 
געווארען, אין פאַר די ארבייטער געווען אַן איבערראַשונג און 
האָט פאראורזאכט גרויסע אויפרעגונג סיי צווישען די, וואס זיי- 
נען מיט דער נייעס צופרידען, סיי צווישען די, װאָס זיינען מיט 
איהר ניט צופרידען,. די אונצופרידענע זיינען געווען מעהר טע- 
טינ אין אויסדדיקען זייער אונצופרידענהייט, װוי די צופרידענע 
מיט זייער צופרידענהייט. אין די האָלס, וואו די סטרייקער 
פארזאמלען זיך, אין די סטריטען און ארום די העדקווארטערס 
פון די פארשידענע קאָמיטעס, האָבען זיך גלייך אין דער פריה 
פארזאמעלט גרויסע מחנות מענשען, וועלכע האָבען דעבאַטירט 
די פּונקטען פון דעם סעטעלמענט, און די פראנע, וי וייט די 
פיהרער האָבען גוט געהאַנדעלט. צווישען די צופרידענע זיינען 
מייסטענס געווען די אַרבײיטער פון די גרויסע ניט-נעסעטעלטע 
שעפּער. געגען דעם סעטעלמענט זיינען מייסטענס געװען די 
ארבייטער פון די נגעסעטעלטע שעפּער, 

אַזײגער צוועלף האָבען זיך גענומען פאַרזאַמלען נרויסע 
קראודס ארום דעם אֶפיס פון , פאָרװוערטס", פילע זיינען אריין 
אינסאַיד אין דער לאָבי (פאָדער-צימער) און אין די האָלס, 
אייניגע פון די פאַרזאַמעלטע האָבען גענומען העצען געגען דעם 
פאָרווערטס? פאר אונזער ערקלערונג ווענען דעם סעטעלמענט. 
נאָך אַ לאַנגער צייט האָט די העצע געבראכט רעזולטאַטען. איי- 
נינע פון די אויפנעהעצטע האָבען גענומען ברעכען וינדאוס 
(פענסטער), און איידער די איברינע האָבען צייט געהאָט זיי אפ- 
צוהאַלטען, האָבען זיי אויסנעזעצט די שויבען פון די גרויסע 
פּראָנט טירען,. ווענען דיזער שענדליכער ארבייט איז ניטאָ װאָס 
צו ריידען אויף די אמת'ע יוניאלייט האָט דאָס געמאכט אַ 


4 בלעטער פון מיון לעבען 


מיאוס'ען איינדרוק, און זיי האָבען דיזע פּאַגראָם-ישטיק פארדאמט 
מיט צאָרן,. אזוי טוען נאָר מענשען, װאָס פאַרשטעהען נים, 
װאָס עס הייסט א יוניאן. יוניאן-לייט גלויבען ניט אין אזעלכע 
אַרנומענטען, * | 

ווייטער ווערט דערצעהלט, אז די אויפרענונג האָט געצוואונ- 
נען די עקזעקוטיוו קאָמיטע פון דער יונייטעד גארמענט וואיר- 
קערס יוניאן ארויסצולאָזען אַן ערקלערונג צו די ארבייטער, אן 
דער סטרייק ווערט פאָרטנעזעצט; אז דערביי זאָנען די פיהרער 
פון דעם סטרייק, דאָס דער קאַמף האָט זיך געפונען אין אַ 
שלעכטער לֿאַגע, און אַז זיי האָבען געפיהלט, דאָס קיין בע- 
סערע באַדינגונגען קען מען ניט ערווארטען, אפילו װען דער 
סטרייק זאָל אָנהאלטען אֶהן אַ שיעור. | 

דער רענעלמעסיגער לייט-ארטיקע? אין דעם ,פאָרווערטס" 
נומער פון 2טען מערץ ענטהאלט צווישען אנדערע שורות דאָס 
פאָלגענדע : 

,מיר האָבען נעכטען איבערנעגעבען דעם סעטעלמענט. דאָס 
הייסט, דעם סעטעלמענט מיט די גרויסע מאַנופעקטשורערס, וואו 
עס ארבייט די מאַיאריטעט =) מיר האָבען געזאָגט, אן דער 
סעטעלמענט איז ניט אַזאַ גנוטער, װוי עס װאָלט זיך וועלען, אָבער 
אז אונטער די אומשטענדען האָט מען בעסער ניט נעקענט מא- 
כען. דאָס וויכטינסטע איז צו האָבען אַ יוניאן, און מיט אַ 
יוניאָן, אלס אַ פונדאמענט, קען מען דעם טרייד פארבעסערען 
און פאַרבעסערען. 

,אָבער אין פאַרלויף פון טאָג האָט אַ טייל שניידער אויפנע- 
הויבען א שטורעם פון אונצופרידענהייט. צוֹם פפאָרווערטס" 
זיינען נעקומען צעחנדלינע, הונדערטער שניידער, און זיי האָבען 
פּראָטעסטירט, זיי האָבען , שטאַרק" פּראָטעסטירט עס אין גע" 
ווען אַ געשריי, אַ ליארם, 

,דיזע אַלֶּע זיינען געווען אַ טייל פוֹן די דרייסיג טויזענד 
שניידער, דאָס הייסט, פון די שעפּער וואס אַרבייטען שוין. 


*) דו מאַיאריטעט איז באַשטאַנען פון איבער צװויוידריטעל פון 
אלע שניידער. 


צוריק אין נוו-ואָרק 208 


די, װאָס הוננערען נאָך אַלץ, די, װאָס ארבייטען ניט, די פום- 
ציג טויזענד האָבען ניט פּראָטעסטירט,*) 

די הונגעריגע האָבען אויסגעדריקט צופרידענהייט מיט דעם 
סעטעלמענט, װאָס אין געמאַכט געווארען אונטער דיזע אומ- 


שטענדען. 
,אייך איז גריננ זיך צו קאָכען, ווייל איהר ארבייט שוין ‏ }--- 
האָבען זיי געזאָגט צו די אַנדערע. -- ,אונזערע פרויען און 


קינדער הוננערען. אַביסע? געווינען מיר, לאָמִיר צוריקנעהן צו 
דער ארבייט, לאָמיר זיין טריי אונזער יוניאן, וועט זי אונז שפּע- 
טער געבען בעסערע סעטעלמענטס, 

,אָבער די, װאָס האָבען זיך געקאָכט, האָבען פאָרטגעזעצט 
זייערע נעשרייען, און זיי זיינען גענאַננען אזוי ווייט, אז זיי האָ- 
בען אויסגעבראכען עטליכע שויבען אין די פראָנט טירען פון 
דעם ,פאָרווערטס" בילדינג. 

מוען מען האָט ניט קיין בעסערע אַרנומענטען, כאַפּט מען 
זיך צו שלאָנענדע אַרגומענטען. | 

,איידער מיר נעהען ווייטער, לֹאָמִיר דאָ נלייך זאָנען, אז 
אויב די פראַנע פון אָננעמען אָדער ניט אָננעמען דיזען סעטעל- 
מענט דארף באשטימט ווערען, דאן מוז זי אָפּנעשטימט ווערען 
בלויז פון די פופצינ טויזענד הונגעריגע. און ניט אַנדערש, וי 
דורך אַ סיקרעט באלאָט (=אַ נגעהיימע אָפּשטימונג --- 
מיט פאַרמאַכטע שטימצעטלען). עס װאָלט ניט געווען גערעכט, 
ווען די דרייסינ טויזענד, װואָס אַרבײטען שוין זאָלען באַשטימען, 
אַז ניט זיי, נאָר די אנדערע, די פופצינ טויזענד, זאָלען ווייטער 
הוננערען. - 

,די הויפּט-זאַך איז די יוניאן,. מיט אַ שטאַרקער יוניאן קען 
מען געווינען ווייטערע און ווייטערע פאַרבעסערונגען. דאָס וויכ- 
טיגסטע איז שטאַרק צו מאַכען די אַרנאַניזאַציע. מיט העצען 
און קאָכען זיך װעט מען גאָרניט אופּטאָן. מען דאַרף אלץ 


*) די ציפערען זיינען געווען שטאַרק איבערטריבען אין די אונ- 
טערעסען פון דעם קאשמף. די אמת'ע ציפערען זוינען געװוען א סך 
קלענער. געסעטעלט האָבען וואהרשיונליך אַרום אכט מויזענד, און 
ניט געסעמעלט ווונען געווען ארום 98 טווזענד. 


200 בלעמער פון מיון לעבען 


באַקלערען געלאַסען, אז ניט צופאַלט זיך אַלץ, און אַלץ אין 
פאַרלאָרען," 

אס אַ טיי? פון דעם לייט-אַרטיקעל, איז געװען אָפּנע- 
דרוקט די פּראַקלאַמאַציע פון דער עקזעקוטיוו קאָמיטע פון דער 
בראָדערהוד אוו טעילאָרס, וועלכע האָט געפּאָדערט, אן מען זאָל 
פארטזעצען דעם סטרייק, אין דיזען רוף געפינען זיך די פאָל- 
גענדע שורות : | : 

,מיר פיהלען אויף זיך די פליכט אייך צו װאָרענען ניט צו 
קוקען אויף דעם, װאָס די צייטונגען זאָגען, און ניט צו געהן צו- 
ריק צו דער ארבייט. סיר ועלען פאָרטזעצען דעם סטרייק, 
מיר וועלען טאָן אלץ מענליכעס, מיר וועלען ניט רוהען. מיר 
וועלען אויפרודערען גאנץ ניו יארק, און מיר וועלען ניט דער- 
לאָזען, אז אַזאַ פאַרברעכען זאָל באַגאַנגען װערען. מיר קענען 
ניט אנערקענען קיין סעטעלמענט, װאָס אין געמאכם געווארען 
אָהן אונזער אלעמענס וויסען. מיר קענען ניט אנערקענען קיין 
סעטעלמענט, וועלכער גאַראַנטירט ניט די אנערקענונג פון אונזער 
יוניאן. מיר האָבען געקעמפט ניין װאָכען, מיר וועלען קעמפען 
ביז'ן לעצטען טראָפּען בלוט, ביז אונזערע גערעכטע פאָדערונגען 
וועלען געוואונען ווערען". 

מיט די ווערטער ,ניט צו קוקען אויף דעם, װאָס די ציי- 
טונגען זאָגען", מיינט מען נאַטירליך דעם , פאָהװערטס". וא- 
רים די ,װאַרהייט" האָט זיך געשטעלט גאנץ ,רעװאָלוציאָנער- 
מעסינ" נעגען דעם סעטעלמענט, 

װאָס אַנבאַטרעפט דעם טייל פון דער אונצופרידענער מאַסע, 
װאָס איז אַװעק צו דער הויפּט קװואַרטיר פון דער יוניאן, האָבען 
זיי דאָרטען געפונען פּאַליציי, און קיין שויבען האָט מען דאָרטען 
ניט געבראָכען. | 

8 


,א רעװאָלוציץ?. 


די ,װאַרהייט? פון דעם פריהערדינען טאָג, דאָס הייסט, פון. 
שבת, דעם 1טען מערץ, האָט געהאַט אַ באַריכט מיט אַ גרויסען 
אויפשריפט איבער פיר קאָלומס: ,סעטלען דעם גאַנצען שניי- 


צוריק אין נוו-ואָרק 207 


דער סטרייק?; און אין אַן אונטער , קעפּעל? איז געווען ערקלערט, 
| אז עס איז נאָך ניט באַשטימט, אויב די סטרייקערס וועלען דעם 
סעטעלמענט אָננעמען. דער באַריכט איז געווען א נאנץ קור- 
צער און אן אונבאַשטימטער. וי עס האָט זיך אַרױיסנעשטעלט 
נאָכהער, האָט לואיס האָלענדער פרייטאָג אװענט טעלעפאַנירט 
צו דער רעדאַקציע פון דער פווארחייט", אז די שניידער זיינען 
מיט דעם סעטעלמענט ניט צופרידען, און אן זיי וועלען איהם 
װואַרשיינליך ניט אנערקענען. אויף זיין ראָט, האָט די ,װאַר- 
הייט? דאָס צוגעשטעלט, אז עס אין נאָך ניט באַשטימט, אויב 
די פטרייקערס וועלען דעם קאָמפּראָמיס אָננעמען. 

יענעם זונטאָג האָט די ,װאַרהייט? שוין געהאַט אַ ,קאָפּ" 
איבער דער ואַנצער פּיידזש מיט די גרעסטע בוכשטאַבען: 

רעװאָלוציאָן אין שניידער סטרייק." 

און אין אן אונטער-קעפּעל איז געשטאַנען: 

,די בראָדערהוד אֶוו טעילאָרס פאַרװואַרפט דעם סעטעלמענט, 
אלס אַ שאַנד און אן אומנליק פאַר דעם טרייד", און אונטער 
דעם האָבען זיך געצויגען די שורות : 

, אויפרעגענדע סצענעס פון באַגייסטערונג פאר דעם אִפיס 
פון דער ,ואַרהייט". 

מיט קליינע ווערטער איז געווען געדרוקט : 

,, אייניגע היץדקעפּ ברעכען די פענסטער פון , פאָרוװוערטס". 

דער באַריכט גופא פאַנגט זיך אָן מיט די פאַלגענדע ווער- 
טער : 

,מיט דער גרעסטער ערביטערונג און ענטריסטונג, וואס לאָזט 
זיך נאָרניט באשרייבען, האָבען די צעהנדלינער טויזענדער שניי" 
דער סטרייקערס װוי איין מאַן צוריקנעוויזען דעם סעטעלמענט," 

,עס איז ניט נגעווען קיין כעס, קיין אונצופרידענקייט, נאָר 
אַ װאַרע רעװאָלוציאָן, ניו יארק האָט דאָס נאָך קיין מאָל ניט 
נעזעהן. נאָר אין די גרויסע רעװאָלוציעס, װאָס האָבען גע- 
ענדערט די נעשיכטע פון לענדער, איז פאָרנעקומען דאָס, װאָס 
האָט נעכטען, שבת, דעם נאַנצען טאָג פּאַסירט אין ניו יאָרק. 
אויף טריט און שריט האָט איהר באַגעגענט טויזענדער און ציי- 


268 בלעטער פון מוון לעבען 


טענווייז צענדליגער טויזענדער שניידער סטרייקערס, װאָס האָבען 
געפאָדערט גערעכטיגקייט, " 

דאַן קומט א ,קעפּע??; ,די וואַרהייט', דער צענטער פון 
דער רעװאָלוציאן", 

עס ווערט דערצעהלט, וי מען האָט געשריען ,טרי טשירס 
פאר דער ,װאַרחייט? און פאַר איהר רעדאקטאָר", ,זאָל מילער 
האַלטען אַ רעדע!? ,הורא פאר מילער'ן!" דאַן װערט ער- 
קלערט : 

,אָכבער דער רעדאקטאָר פון דער ,װאַרהייט? אין דאן 
אין אָפיס ניט געווען, האָט איינער פון די בעאמטע פון דער 
יוגיאן, 5. האָלענדער, פון דער בראָדערהוד אוו טעילאָרס, וועל- 
כער האָט זיך דאן נעפונען אין אָפּיס פון דער ,וואַרהייט", זיך 
באַוויזען פאַר די סטרייקערס ביי דעם אָפענעם פענסטער, און ער 
האָט פאַרזיכערט די מאַפע, אַזן דער סטרייק פאַנגט זיך ערשט 
אן". 

דיזער אַרט שרייבען איז נגעווען זעהר כאַראַקטעריסטיש פאַר 
מילער'ען,. לעזענדיג דאָס, װאָלט מען געקענט מיינען, אז מען 
האָט אויפנגעשטעלט באַריקאַדען אין ניו יארק. אין דעם פערטען 
באַנד פון די , בלעטער פון מיין לעבען" (פּיידזשעס 963--904) 
געפינען זיך מוסטערן פון דעמזעלבען סאָרט. ל. מילער שטעלט 
אַועק אַ ,קעפּעל? מיט די נרעסטע בוכשטאַבען איבער אַ גאַנצען 
פֵּיידזֵש : 

,דער אידישער קװאַרטאַל איז אין פלאַמען". און פון דער 
נעקסטער שורה, וועלכע איז נעדרוקט מיט פיל קלענערע אותיות, 
דערוויסט איהר זיך, אז די פלאַמען זיינען פלאַמען פון צאָרן 
אויף דער , טאַגעבלאַט?, פאַר װאָס זי האָט פאַר נעלט אָנגע- 
באָטען צו דינען דער דעמאַקראַטישער פּאַרטײ. (פאַרבייגעהענדיג 
איז צו באַמערקען, אַז איצט האָט מילערס ,װאַרהייט" געטאָן 
פונקט דאָס, פאַר װאָס ער האָט אין 1902 אַזױ געשטורעמט 
גענען דער , טאַגעבלאַט?" -- פאַר באַלױנונג געדינט טאַמאַני). 

כאראַקטעריסטיש זיינען דאָ אויך, צום ביישפּיל, די ווער- 
טער, אז ‏ אויף טריט און שריט האָט מען באַנעגענט טויזענ- 
דער און צייטענווייז צענדליגער טויזענדער". 


צורוק און נוו-ואָרק 209 


ווענען דער שויבען-ברעכעריי אין דער ,פאָרװוערטס"-געביידע 
האָט די , װאַרהייט? באַריכטעט מיט טאַקט, אָבער דאָך אויף 
איהר שטיינער : 

,עס איז, נאַטירליך, אונפארמיידליך געווען, --- האָט זי נע- 
זאָגט, --- אז אין אַזאַ גרויסער מאַסע זאָלען זיך נעפינען אי 
נינע, װאָס האָבען זיך ניט געקענט קאַנטראָלירען, אזעלכע 
האָבען זיך אַריינגעריסען אין אֶפּיס פון ,פאָרװוערטס? אוֹן דאר- 
טען אנגעמאכט א חורבן, נאָכדעם וי זיי האָבען צובראָכען 
אזויפי? פענסטער פון , פאָרווערטס? בילדיננ, וויפי? זיי האָבען 
נאָר געקענט. די נרויסע מאסע סטרייקער און די פיהרער באַ- 
דויערען דאָס, אזא טאַקטיק איזן שעדליך און ניט שעהן" 

דער באַריכט איז איבערטריבען מיט אַ פולער האַנט, ואָ- 
רים אויסער דער שויבען-ברעכעניש אין דער פראַנט טיר, האָט 
מען קיין שום חורבן ניט געמאַכט, 

מילער'ס לייט-אַרטיקעל אין דעמזעלבען נומער ,װוארהייט" 
פארנעמט צוויי מאָל אַזופי? פּלאַץ, וי נעוועהנליך. ער פאַר- 
נעמט דעם פּלאַץ פון 'פיר קאָלומס, און געשריבען איז ער אויף 
דעמזעלבען שטיינער, ווי די עטליכע שורות, וואס איך האָב דאָ 
אויבען געבראכט ווענען דער , רעוואלוציאן", אָדער וועגען דעם, 
אַז , דער קװואַרטאָ? איזן אין פלאַמען". מיר דרוקען דאָ איבער 
װאָרט אין װאָרט דעם ערשטען פינפטעל אָדער זעקסטעל פון 
דיזען פיר-קאַלומדיגען לייט-אַרטיקעל, דער איבערשריפט אין: 

,געהט ניט צו דער אַרבייט!? דאַן קומען די פאָלגענדע 
שורות : 

, שטעלט אייך פאָר, לעזער, זיך זעלנסט צווישען א גרויסער 
מאַסע פון אייערע מיטמענשען אויף א קלינער שיף אין א 
ברויזענדען, שטורמדינען ים. 

,אָט זייט איהר הויך אין די װואָלקענס, אט זייט איהר אין 
תהום פון אייבינקייט, אָט קומט א שוידערליכער בארג װאַסער, 
װאָס װעט אַייך פֿאַרניסען, פארטרינקען, און אט טוט אייך אַ 
שליידער אויף א פעלז, און עס קראַכט אַלץ אונטער אייערע פיס. 
אייך דאַכט זיך, אַלץ איז שוין געענדיגט, 

,און ניט א מינוט, ניט אַ שעה און ניט אַ טאָג ציהט זיך, 


270 בלעטער פון מוין לעבען 


שלעפּט זיך די אַנאָניע, װאָס האַלט אייך צווישען הימעל און 
דער ערד,. א ואָך ציהט זיך דיזע מאַטערניש, דיזער טויט- 
אַנגסט, און נאָך אַ ואָך, און ווידער א װאָך, און וידער אַ 
װאָך, און נאָך אַ ואָך, און װידער א ואָך פון דיזען האַלב- 
ואַהנזיניגען קאַמף, פון דיזער אונמענשליכער מאַטערניש מיט 
דעם שונא פון לעבען. 

,צעחן לאַנגע װאָכען, שרעקליכע צעהן ואָכען פון קאַמף, 
פון אנשטרענגונג, פון הונגער, נויט, פון בייסענדער קעלט, פון 
אָפּפער און פאַרצווייפלונג, פון פרויען-טרעהרען, קינדער-קוואלען, 
מענשען-נעשריי,,, צעהן לאַנגע װאָכען, וי צעהן אונענדליכע איי- 
בינקייטען ! 

, און שליסליך, ווייט, נאנץ ווייט,.. אַ שימער, א בלישטש... 
לאַנד... זיסע טענער פון הימעלשען לעבען טראָנען זיך צו אייך... 
רעטונג... דער ערווארטעטער צוועק... דער געטרוימטער זינ.. 
די פרעהליכע בשורה פון דעם געענדינטען קאמף, די זיסע, די 
גליקליכע האָפנונג פון נעפייערטען נצחון, פון עררייכטען אי- 
דעאל.., 

,איהר הויבט אָן צו שפּריננען פון פרייד, פון התלהבות.. 
טרעהרען גיסען זיך פון אייערע אוינען אין דעם באַרוישענדען 
באַוואוסטזיין פון דעם געפונענעם גליקזעליגקייט. איהר נעמט 
ארום אייערע חברים אין קאמף, אייערע פריינדע אין ליירען, 
איהר קושט זיך מיט אייערע מיט-שטרייטער, מיט:מאַרשירער פון 
שמחה... וי א... 

,א, וועה איז אייך! טויזענדער מאָל װועה! קיין װאָרט, 
קיין שפּראך, קיין צייכען, קיין בילד, קען ניט איבערנעבען דאָס 
געשעהענע, ‏ דאָס שימערענדע ליכט, װאָס האָט אייך נגעצויגען 
פון ווייטען, איז דאָס בליסטשענדע אוינ פון אַ שלאַנג.. די 
זיסע טענער, װאָס האָבען געקלונגען פון הימעל, דאָס זיינען די 
סקריפּענדע צייהן פון אַ מאַנסטער.. דאָס איבערינע, אַלְץ אין 
פאַרוויסטוננ, שאַנדע, שקלאַפעריי, גהינום און טוים.., 

, שטעלט זיך פאָר, לעזער, זיך זעלבסט אין דיזע אלע מענ- 
ליכע לאַנען, שטימוננען, עררווארטוננען, הארץ-אומועלצוננען 
און נייסט-קאַנוואולסיען. שטעלט זיך פאָר, אן איהר זעלבסט 


צוריק און נוו-ואָרק | 211 


מאכט דורך דאָס אלעס, און איהר װועט קרינען א קליינע אידעע, 
א קליינעם באַנריף, װאָס אין היינט, שבת, דעם נאנצען טאָג 
פאָרגעקומען אין די קעפּ, אין די הערצער, אין די נשמות פון 
די הונדערט טויזענד שניידער, ווען מען האָט זי מיטגעטיילט, 
װאָס זיי האָבען נגעוואונען נאָך זייער גרויסען צעהן-װאָכינען 
סטרייק", | 

וי דער לעזער זעהט, באַשטעהט די אונענדליכע , מליצה" 
אין א באַהויפּטונג, אז דער סעטעלמענט אין אַ גרויסע ענטי- 
שונג. 

אַז מעחר זוי צוויי-דריטע? פון די סטרייקערס זיינען צופרי" 
דען מיט דעם סעטעלמענט, דאָס דערמאַנט ניט דער לייטאַר- 
טיקעל שרייבער. ‏ הונדערט טויזענד שניידער, -- זיי אַלֶע זיי- 
נען ביטער ענטוישט", זאָנט ער. און אין דעם באַריכט, אין 
דעם זעלבער נומער ,װאַרהייט", ווערט דערצעהלט, אז די שניי- 
דער האָבען דעם סעטעלמענט פארװאָרפען, ,וי איין מאַן.. 

כאַראַקטעריסטיש איז אויך דאָס וייטערדינע. די העצע 
ווערט געזייהט דורכאויס. דער אַרטיקעל אין דורכגעװעבט מיט 
דער ספּעציעלער זאָרט דעמאנאָניע, מיט וועלכער די ,װואַרהייט" 
איז אימער געווען פול. 

די טעמעני צייטונג האָט זיך ווענען דעם שיקזא? פון די 
שניידער ניט נעקימערט, נאַטירליך פון איהרט וענען האָט די 
יוניאן געמענט נעהן קאפּוט. אין די אינטערעסען פוֹן איהר 
דעמאנאַנישער סענסאציע איז זי געווארען ,רעװאַלוציאָנער". 
זי האָט גוט נעוואוסט, אז די יוניאן קען ווייטער ניט סטרייקען. 

* ** א 

דורך א מיסטייק, האָט די ,װאַרהײיט"? נעמאָלדען, מיט 
נגרויפע ווערטער, אז דער אידישער באַנקיר, דזשאָזעף מאַרקוס, 
איז איינער פון דער דרייער קאָמיטע, וועלכע האָט געמאכט 
דעם קאָמפּראָמיס-סעטעלמענט. דער רעזולטאַָט אין נעווען, אז 
עטליכע פון די בויאַנעס, וואָס האָבען נעמאַכט די ,רעװאָלו- 
ציע? אין , פאָרװוערטס", האָבען צובראָכען די שויבען אין 
מאַרקוס'עס באַנק אויך. אויף מאָרנען האָט די ,װאַרחייט" 
ערקלערט דעם טעות, װאָס זי האָט נעמאַכט, -- אז ניט דזשאָ- 


זי בלעטער פון מיון לעבען 


זעף מאַרקוס איז דער מיטנליד פוֹן דער דרייער קאָמיטע, נאָר 
מאַרקוס מ. מאַרסס. 
* * +* 

וועגען אונזערע אוױיסגעבראַכענע שויבען האָבען זיך אַרומ- 
נעטראָנען וויצען אין שטאָדט. מען האָט זיך דערמאָנט, אז 
אין פריהערדיגע סטרייקס האָבען זיך אויך געפונען ,חברה 
לייט", וואס האָבען נעסטראשעט אויסצוברעכען די שויבען ביי 
אונז (אין געוויסע פאַלען זיינען דאָס פּשוט געווען סקעבס, 
סטרייקברעכער),. אלזאָ, האָט מען אונז איצט נעגעבען ,עצות", 
אז מיר זאָלען האַלטען אַ שטענדינען גלעזער. און שפּעטער, 
יעדעס מאָל, ווען עס פלענט אויסברעכען א סטרייק ביי אידרישע 
ארבייטער, פלענט מען זאָגען: ,נו, דער ,פאָרװוערטס" דארף 
שוין אָנגרייטען אַ נגלעזער", 


9 
אַ שטורעמדיגער זונמאָג. 


אין דער אַרבייטער באַװענוננ האָט מען געוואוסט, אז 
דער שניידער סטרייק איז ניט אימשטאַנד פאָרטגעזעצט צו ווע- 
רען. און די אַלנעמיינע מיינונג איז געווען אבסאָלוט גינסטינ 
צו אונזער שטעלונג. פון אלע זייטען זיינען אונז אנגעקומען 
פריינדליכע גרוסען. 


אַלס אַ װידערשטאַנד צו דער דעמאנאַנישער מהומה, וואס 
די ,וואַרהייט"? האָט אריינגעבראַכט אין דער סיטואַציע, איז 
יענעם שבת אַװוענט, דעם 1טען מערץ, צוזאַמענגערופען געווארען 
א פארזאמלונג פון פאָרשטעהער פון אלע אידישע יוניאנס און 
אנדערע אַרנאַניזאציעס פון אונזער באוענוננ, מיט דעם צװועס 
צוזאמענצושטעלען א קאָמיטע, וואס זאָל די לאַנע ארייננעמען צו 
זיך אין די הענט, 

דער מיטינג איז איינגערופען געווארען אויף מאָרגען, זונ- 
טאָג, דעם 2טען מערץ, בײיטאָג, אין קלינטאָן האָל, 181 קלינטאָן 
סטריט. אויף דערזעלבער צייט זיינען באַשטימט נעווארען מיטינ- 
גען פון צוויי לאָקאַלס פון דער שניידער יוניאן, וועלכע האָבען זיי- 


צוריק און ניודואָרק | 8 


ערע זיצוננען געהאָט אין דער ,פאָרווערטס? בילדינג. איך האָב 
יענעם זונטאָג אַדרעסירט דיזע דריי מיטינגען. 

איך בין צוערשט געגאננען אין , פּאָרװוערטס" בילדינג. איך 
בין אריינגעקומען אין אַ האָל, וואו עס זיינען געווען פארזאמעלט 
מיטגנלידער פון דעם װעסטמאַכער לאָקאל, דער עולם האָט מיך 
אויפגענומען מיט האַרצינע אפּלאָריסמענטען, און דער פאָרזיצער 
האָט מיר נלייך געגעבען דאָס װואָרט. מיינע ערשטע װוערטער 
האָט מען אויסגעהערט העכסט פריינדליך,. איינער פון די אנ- 
וועזענדע האָט מיך אונטערבראָכען, אָבער אויך מיט אַ פריינד- 
ליכען צוועק,. ער האָט, נעמליך ערקלערט, אז די, װאָס האָבען 
נעכטען געבראַכען די שויבען, ווערען פון אַלעמען פאַרדאַמט 
אַלס היץדקעפּ און אַלס מענשען, וועלכע קענען זיך ניט אוים- 
פיחרען אנשטענדינ. 

אויף דעם האָב איך נעמאַכט די פאָלגענדע באַמערקוננ אומ- 
געפעהר ; 

,די, וואָס ברעכען שויבען, זיינען בויאנעס. ווענען זיי 
אין ניטאָ וואס צו ריידען. דאָך איז דיזע געשיכטע כאַראַק- 
טעריסטיש, פארװאָס געהען זיי ניט ברעכען שויבען אין אַנ- 
דערע רעדאקציעס ? וויל יענע זיינען פרעמדע, און דער ,פאָר- 
ווערטס" איז אן איינענער. דאָס איז די מאַמע, און ביי א מאַ- 
מען פאָדערט מען, צי די פאָדערונג איז אַ גערעכטע, צי ניט. 
ווען עס מאַכט זיך אַ בןנאָק א גראָבער יוננ, וועלכער ברעכט 
טעלער אין שטוב, מאַכט אויך ניט אויס. א מאַמע פארגיט,.? 

איך האָב דאָס געזאָגט מיט אַ טאָן פון שפּאַס, און דער 
עולם האָט פרעהליך געלאכט און װואַרים אפּלאָדירט. 

דאַן בין איך צונעקומען צום פּונקט. איך האָב נערעדט 
אין דעם זעלבען גייסט, אין וועלכען איך האָב געשריבען די דער- 
מאָנטע ארטיקלען וװענען דעם קאָמפּראָמיס סעטעלמענט. 
ריכטינער געזאָנט, איך האָב נ עפּ רואווט רידען, ווארים מען 
האָט מיר נלייך גענומען אונטערברעכען. איך האָב אוֹיף די 
אונטערברעכוננען אָפּנעענטפערט. מען האָט אָבער ווייטער אונ- 
טערבראָכען, װאָס ווייטער אלץ בייזער, און אלץ מעהר שטימען 
זיינען צוגעשטאַנען. עס האָט געקלונגען פון פארשידענע טיילען 


4 בלעטער פון מוון לעבען 


פון דעם האָל, איך האָב אַלעמען איבערגעשריען. עס אין גע- 
װאָרען אַ פאַרטױיבענדע מהומה. אויף אַ מינוט איז מיר נעללונ- 
גען איינצושטילען אלעמען מיט מיינע קולות. איך האָב ער- 
קלערט, וי זינלאָז עס איזן די דעמאנאַגישע טענה פון זייטינע 
מענשען, אז מען דארף ווייטער. סטרייקען אונטער אונמענליכע 
אומשטענדען, און וי אוננערעכט עס זיינען די , געסעטעלטע" 
יוניאן-לייט מיט זייערע פאָדערונגען, מען זאָל ווייטער סטרייקען. 

מען האָט מיר ווידער אונטערבראָכען --- אֶהן אן אויפהער. 
מיט אַלֶע כחות האָב איך ווייטער געשריען. עס האָט זיך מיר 
קוים אייננעגעבען צו ענדינען מיין רעדע. 

אן עהנליכע ערפאהרונג האָב איך געהאַט ביים צוייטען 
שניידער-מיטיננ, וועלכער איז פאָרגעקומען אויף אַן אַנדער פלאָר 
פון דער ,פּאָהווערטס" געביידע. איך בין אַרויסנעקומען א היי" 
זעריגער, אַ פאַרשוויצטער, אן אויסגעמוטשעטער. 

דאַן איז שוין צייט געווען צו געהן אין קלינטאָן האָל, און 
איך האָב זיך אװעקנעלאָזען אהין. צוויי פון אונזערע גענאָסען, 
וועלכע זיינען דאן געשטאַנען אין דעם פאָדער-צימער פון דער 
,פאָרווערטס? נעביידע, און וועלכע האָבען בייגעוואוינט די סצע- 
נעס ביי יענע צויי מיטינגען, האָבען מיך געפּרואװוט צוריק- 
האלטען : | 
--- געהט ניט, גענאָסע קאַהאַן, איהר זייט אויסנעמאַטערט, 
און אייער געזונט איז דאָך ניט אין בעסטען צושטאַנד, -- האַָ- 
בען זיי מיט מיר נע'טענה'ט. 

איך האָב זיך אַרויסגעריסען פון זיי איינער פון זיי אין 
מיר נאָכנעלאָפען און מיך געפּרואווט פארהאלטען,. איך האָב 
זיך אָפּנעשטעלט און איהם ערקלערט, וי נויטינ עס איז פאר מיר 
צו אטענדען דעם מיטינג אין קלינטאָן האָל, און בין אוועם. 

אין קלינטאָן האָל זיינען, א חוץ פאָרשטעהער פון די פאר- 
שידענע יוניאָנס און אַנדערע אָרנאַניזאַציעס, געווען סתם מענ- 
שען פוֹן דער באַװענוננ. מען האָט מיר נענעבען דאָס װאָרט. 
איך האָב נגענומען אַפּעלירען און ערקלערען די לאַנע פון דעם 
סטרייק, דאָ האָט מען מיר אויך אונטערבראָכען, הנם בלין 
געצעהלטע שטימען. איין יונגערמאן, וועלכער אין געזעסען אין 


צוריק אין נוודואָרק 278 


דער ערשטער רייהע פון דער פינקער זייט, האָט זיך ספּעציעל 
געקאָכט. דאָס האָט מיך אויפגערענט. איך בין אראָפּ פון דער , 
פּלאַטפאָרמע, אום צו קענען ריידען נעהענטער צו איהם און צו 
די אַנדערע, און ניט צו זיין געצוואונגען ווידער אָנצושטרענגען 
מיין שטימע. לעָבען מיר איז געשטאַנען אייב באראן, פון דער 
בעקער יוניאן, וועלכער איז געווען א דעלענאט צוֹ די פאראיי- 
נינטע אידישע נגעװערקשאַפטען. פון מיטעלען ואוקס, זעהר 
קאָמפּאַקט געבויט, מיט ברייטע שולטערען, פעסט װי אַ מױער, 
האָט ער מיך ניט געלאָזען געהן. ער האָט אויסגעשטרעקם זיין 
שטאַרקען, שווערען אָרעם און מיר פאַרצאַמט דעם וועג, װי מים 
אַן אייזען. 

-- איך װוע? אייך ניט לאָזען געהן זיך רייסען די גאַל מיט 
זיזע נפשות, --- האָט ער געזאָגט. --- היט אייער געזונט, גענאָסע 
קאַהאַן. 

איך האָב זיך קוים ביי איהם איינגעבעטען, ער זאָל מיך 
לאָזען דורכגעהן, און האָב פאָרטגעזעצט מיין רעדע. איך האָב 
ערקלערט, גע'טענה'ט, אַרנומענטירט, אַפּעלירט, 

דער יונגערמאן פון דער לינקער זייט אין אַלע וויילע אוֹים- 
נעשפּרונגען און מיר אונטערבראָכען, שרייענדיג און קאָכענ- 
דינ זיך אויף אַ ווילדען שטייגער. | 

--- ווער זייט איהר? זייט איהר א מיטנליד פון דער 
יוניאןן? -- האָב איך אויסגעשריען מיט אַלע כחוֹת. 

-- יא, יא, איך בין אַ מיטנליד פון דער שניידער יוניאן. 

--- מסתמא זייט איהר פוֹן די , נגעסעטעלטע?. אמת? יא? 

ביי דיזער פראנע איז ער צוטומעלט געװאָרען. דאן האָב 
איך גענומען פאדערען, ער זאָל מיר ווייזען זיין יוניאן ביכעל, 
ער האָט זיך ניט געאיילט צו פאָלנען. אָבער איינינע שטימען 
פון האָל האָבען נגעשריען : ,ווייזט אייער ביכעל ! וייזט אייער 
ביכעל!" ער האָט מיר ניטװוילענדיג דערלאַנגט זיין ביכעל, 
און דאַן האָט ער ניטזוילענדיג שוין אויך געמוזט אֶנרופען 
דעם שאַפּ, וואו ער ארבייט, אָדער גענען וועלכען ער סטרייקט. 

עס איז נעווען א נעסעטעלטער שאם. 

--- אַהאַ! איהר זיצט און ארבייט און פאַרדינט וי 


6 בלעמער פון מוון לעבען 


דזשעס! איהר עסט דריי מאָל אַ טאָנ, -- האָב איך געשריען 
אויףה דער העכסטער אָקטאַװע אויסער זיך פון כעס, -- אייך 
איז נוט צו פֿאָרדערען, אַז די, װאָס עסען ניט, זאָלען ווייטער 
הוננערען און סטרייקען פאר אייך! 

= א *ַ 


ווען איך בין אַרויסגעקומען פון האָל, האָב איך זיך גע- 
פיהלט, אזוי װוי אין מיר װאָלט זיך עפּעס איבערגעריסען. איך 
האָב קוים נעקענט צונעהן צו א קאַר. 


איך בין נעקומען אחהיים א שלאַפער, א קראַנקער איך 
האָב זיך צונעלענט. וען איך האָב זיך גוט אָפּנערוהט, האָב 
איך זיך געפיהלט בעסער, און אויף מאָרנען אין דער פריה, נאָך 
צעהן שטונדען שלאָף, האָב איך זיך נעפיהלט נאָך בעסער. 
| איך בין אוועק אין אֶפיס, וי געוועהנליך. אינערליך בין איך 
ניט געווען אין דעם זעלבען צושטאנד, וי נעכטען אין דער 
פריה,. איך האָב דאָס אָבער ניט נעשאַנקען קיין אויפמערקזאמ- 
קייט. פון די אַלע יאָהרען מאָנען-קראַנקהייט בין איך שוין צו- 
געוואוינט געווארען צום נעדאנק, אז די יסורים קומען און 
נעהען אוועק. אמת, איצט האָבען זיי באַקומען א נייעם , טעם"; 
אזא סאָרט װעהטאָנ האָב איך פריהער קיינמאָל ניט נעהאט. 
עס איז, איינענטליך, ניט געווען קיין וװעהטאָג, נאָר א זאָנ- 
דערבאַרער נעפיה? פון בלוטיגער צוקראַכענקייט, אָבער, וי 
געזאָנט, קיין נרויסען וועזען האָב איך דערפון ניט געמאַכט. 


10 


א פינף-און-צוואנציגער קאָמיטע. -- אַ פינפער קאָמיטע. -- 
מאיר לאָנדאָן. --- שלוס פון סטרייק. 


דער רעזולטאט פון דער באראטוננ אין קלינטאָן האָל אין 
באַשטאַנען אין דעם, דאָס מען האָט אויסנעקליבען א קאָמיטע 
פון 25 פּערזאָן, פאָרשטעהער פון פארשידענע צווייגען פון דער 
אידישער ארבייטער באווענונג. צווישען זיי האָבען זיך געפונען 
אייניגע פון די וויכטינסטע פּערזאָנען איהרע, וי יצחק אייזיק 
הורוויטש, מאָרריס ווינטשעווסקי, מאיר לאָנדאָן, דזשייקאָב פּען- 


צוריק אין נוו-ואָרק 217 


קין, דזשאהן דייטש, א, ראָזענבערג, א. שיפּליאקאָוו, וויליאם 
קאַרלין, ב, וויינשטיין, ה. הינדער. 

אַזױי וי פאַר פּראַקטישער ארבייט אין אַזאַ קאָמיטע צו 
גרוים, האָבען די 28 פון זיך אויסגעקליבען אַ סאָב-קאָמיטע פון 
פינף, וועלכע איז באַשטאַנען פון דזשאהן דייטש, מאיר לאָנדאָן, 
דזשייקאָב פּענקין, פארא? לא גװאַרדיא (אן איטאַליענער, װעל- 
כער איז דאַן געווען דער לְאִיער פון דער שניידער יוניאן, און 
וועלכער האָט שפּעטער גענומען שפּילען אַ ראָלע אין דעם פֹּאי 
ליטישען לעבען פון ניו יאָרק, אַלס רעפּובליקאַנער) און ד. 
אשינסקי פון דער ,בראָדערחוד אוו טעילאָרס". 

גראָד האָט זיך געמאַכט, אז ראָבערט פולטאָן קאטינג, פון 
דער דרייער-קאָמיטע, האָט געמוזט אַװעקפאָהוען; האָט די 
פינפער קאָמיטע אויף זיין פּלאַץ ערוועהלט מאיר לאָנדאַנ'ען, 
און די מאַנופעקטשורערס האָבען איהם אָנגענומען. די דרייער- 
קאָמיטע איז איצט, אלזאָ, באַשטאַנען פון מאַרקוס מ. מאַרקס, 
דר. מאַננעס און מאיר לאָנדאָן. 

מעהר וי נאָך עטליכע טעג האָט דער סטרייק נים אָנגע- 
האלטען. דאן האָט די פינפער קאָמיטע איהם געסעטעלט, און 
די 28 האָבען דעם סעטעלמענט אינדאָרסירט. געואונען האָט 
מען אזוי גוט וי גאָרניט, -- ניט מעהר וי איין שטונדע אַ 
װאָך. דער פריהערדיגער סעטעלמענט אין געװען אױף 94 
שטונדען א װאָך, און דער נייער --- אויף 88 (מיט א צוזאָג אויף 
2 שטונדען נעקסטען יֹאֶהר). פון אנערקענען די יוניאן האָם 
נאָך אַלּץ קיין רייר ניט געקענט זיין. 

אין דער ערקלערונג, וואס די 28-ער קאָמיטע האָט אַרױס- 
געגעבען, האָט זי אלס איינעם פון די ויכטיגסטע פּונקטען 
ארויסגעשטעלט דעם פאַקט, אז מאיר לאָנדאָן איז איצט אַ מיט- 
גליד פון דער דרייער-קאמיטע, מיט וועלכער די קאַפּיטאליס- 
טען זיינען באַרייט צו האַנדלען. מיט אַנדערע װערטער, א 
פאָרשטעהער פון דער ארבייטער באַוענונג איז אנערקענט גע" 
ווארען אלס איינער פון די פאַרמיטלער; דאָס הייסט, אז די 
קאַפּיטאליסטען זיינען צונעקומען אַ שריט נעהענטער צו דער אנ- 
ערקענונג פון דער יוניאן,. אזוי האָט די ס2-ער קאַמיטע גע" 


279 בלעטער פון מוון לעבען 


לערענט דעם פּשט, און די אָנפיהרער פוֹן דעם ‏ רויטען זונטאָג" 
האָבען דיזען פּשט אָנגענומען, און קיין צווייטען מאַרש צו דער 
וואַרחייט? האָבען זיי שוין ניט אָרגאַניזירט,. דער העלד פון 
טאָג אין געװאָרען מאיר לאָנדאָן, א , פאָרווערטסיסט". 

אַלע האָבען דעם סעטעלמענט באַטראכט, אלס א בעשטע- 
טיגונג פון אונזער שטעלונג צו דעם ערשטען סעטעלמענט.*) 

דער סטרייק איז נעענדינט נעווארען. די שניידער זיינען 
געגאנטען צוריק צו דער ארבייט. וי מיר האָבען ערקלערט אין 
אונזער לייט-אַרטיקעל, איז געלענט געװאָרען אַ פונדאַמענט פאר 
אן אמת'ער יוניאן,. דאָס האָט זיך איצט גענומען פיהלען אוים'ן 
שטעל, די וויידזשעס זיינען אין א קורצער צייט אַרום ווידער 
געהעכערט געװאָרען, וי פון זיך אַליין. וואָרים די מאַנו- 
פעקטשורערס און זייערע קאָנטראקטאָרס האָבען פאר זיך גע- 
זעהן אַן אמת'ע יוניאן, א סאָלידע, שטאַרקע אֶרנאניזאציע. 

11 


א יובילעאום פּאַר דעם פּאָעט מאָרריס ראָזענפעלד. --- מען 
מוז בייטען דעם פאַרזיצער, 


װאָס אנבאלאננט מיר פּערזענליך, ריכטינער געזאָנט, דעם 
צושטאַנד פון מיין געזונט, איז די נעשיכטע נאָר אַן אנדערע. 
אין באַצוג צום סטרייק האָט מיין טעטינקייט זיך געענדיגט, 
איידער עס אין געקומען צו דעם ענדליכבען סעטעלמענט, --- מיט 
פיר טעג פריהער, | 

דינסטאָג, דעם 4טען מערץ, דאָס הייסט, איבערמאָרנען 
נאָכדעם דערמאַנטען זונטאָג, אין אין מיין פּריװואט אֶפִיס אין 
דער ,פאָרווערטס" רעדאקציע נעזעסען אַ גרופע פריינט, צװוי- 
שען זיי האָבען זיך נגעפונען דר, איזידאָר העלד, דזשאָזעף לעווענ- 
סאָן, מאָרריס בערמאַן און ב. פיינענבוים. מיר זיינען געווען אַ 


*) מיט יאהרען שפּעמער, ווען איך האָב זיך באַגעגענט מיט דעם 
אויבענדערמאָנטען לואיס האָלענדער, האָט ער צו מיר געואגט: ,אוך 
האָב זיך שוין לאנג איבערצייגט, אז איחר זייט דאן געווען גערעכט. 
אויך האָב איך ויך שוון לאנג ערקונדיגט, או אוהר זייט געװוען גע- 
רעכט אין באַצוג צו דער ועקב גאָרדין פראגע". 


צוריק און נוו-ואָרק 279 


קאָמיטע צו אַראַנזשירען אַ יום-טוב לכבוד דעם פופצינ-יאָה- 
רינען יובילעאום פון דעם פּאָעט מאָרריס ראָזענפעלד, אדווער- 
טייזמענטס ווענען דעם יובילעאום מיט אַ פּאָרטרעט פון דעם 
פּאֶעט האָבען זיך נעדרוקט אין ,פאָרווערטס" אַלע טאָג שוין אין 
פארלויף פון דריי וואָכען,. די פייערונג אין געווען אַנאָנסירט 
אויף שבת, דעם 10טען מערץ, און איצט זיינען מיר זיך צוזא- 
מענגעקומען צו באשטימען איינינע פּראַקטישע איינצעלהייטען. 
איננליש װאָלינג, אן אַמעריקאנער קריסט, וועלכער אין דאַן גע- 
ווען טעטינ אין דער סאַציאליסטישער פּארטיי, אין אויך געוען 
איינער פון דער קאָמיטע. ער אין אָבער נאָך ניט געקומען; 
זיינען מיר געזעסען און געװאַרט אויף איהם. 

פאַר דעם יובילעי איז נעווען אָננענרייט קאַרנעגי האָל, און 
מיך האָט די קאָמיטע באַשטימט אַלס פאָרזיצער. 

איך האָב זיך אַלֵץ נעפיהלט שלעכט. דאָך אין ביי מיר 
קיין צווייפע? ניט געווען, אז איך על די פליכט קענען ערפילען. 
אָבער אין דיזע מינוטען, ווען מיר האָבען זיך געקליבען ריידען 
וועגען דעם ראָזענפעלד-יום-טוב, האָט איך פּלוצלונג דערפיהלט, 
אז איך על די פאַרזאַמלונג ניט קענען בייוואוינען. 

-- איך האָב מורא צו זאנען, אזן איהר װועט מוזען אוים- 
קלייבען אַנאַנדער פֿאָרזיצער, --- האָב איך געזאָגט, 

-- װאָס איז דער מעהר? -- האָבען די אַנדערע קאָמיטע- 
לייט נעפרענט. | 

--- איך זעה, אז איך װע? מוזען גלייך האָבען אַן אפּערא- 
ציע. 

--- פון װואַנען ווייסט איהר? איהר זייט דאָך ניט קיין 
דאָקטאָר, --- האָט פיינענבוים געפּרואווט מיך בארוהינען. 

--- איך האָב ווענען מיין קראַנקהייט זיך אזוי פי? אָנגעהערט 
פון דאָקטוירים, אז איך ווייס שוין, --- איז געווען מיין אנט- 
װאָרט, --- עס קען שוין מעהר קיין פראנע ניט זיין. 

דר. דזשייקאָב קויפמאַן (זעה פערטען באַנד, פּיידזש 821) 
האָט מיך שוין לאַנג געװאָרענט, אז איך מון האָבען אן אֶפַּע- 
ראציע, און איצט האָב איך זיך ערקונדינט, אז נגעוויסע איינ- 
צעלהייטען, וועלכע ער האָט פאָראויסנעזאָנט, זיינען מקוים גע- 


980 | בלעמער פון מוין לעבען 


װאָרען,. אַזאַ אָפּעראַציע אין אַן ערנסטע זאַך, און אין 1915 
איז זי באַטראַכט געװאָרען נאָך אַלס פי? ערנסטער זי היינט. 
דאָך בין איך נאָך מיט זעקס יאָהר פריהער בערייט געווען אויף 
דעם. אָבער דאַן האָט אפילו דר, קויפמאן גענלויבט, אַז פילייכט 
װועט מען קענען אויסקומען מיט ריין-מעדיצינישע מיטלען; און 
שפּעטער, ווען מעדיצינישע מיטלען האָבען ניט געהאָלפען, און ער 
האָט רעקאָמענדירט, אז איך זאָל זיך איבערנעבען צו אַ כירורנ 
אין די הענט, האָב איך זיך שוין ניט פארהאַלטען ערנסט צו 
דעם,. איצט אָבער האָב איך נעפיהלט, אז דאָס װועט מוזען נע- 
שעהן אזוי שנע? וי מענליך. 

דאָס ואָרט , אפּעראציע? נופא אין פאר מיר געווען א 
פארנריננערוננ. עס איז מיר ליכטינער געווארען אין די אויגען. 
ווענען דעם, וואס ווייטער וועט זיין, האָב איך קיין פראנען ניט 
נעשטעלט. איך האָב זיך נעפיהלט, אזוי װווי איינער, וואס האָט 
צאָהן-װועהטאָג. ער וייס נאָר איין זאַך: ער װעט געהן צום 
דענטיפט ארויסנעמען דעם צאָהן. 

דעם נרעסטען נאָמען אין ניו יארק אלס כירורנ האָט דאן 
געהאָט דר, דזשאָזעף בלעיק. ‏ ער האָט געהערט צו די הויכע 
פענסטער און איז געווען זעהר באשעפטינט, דר, אייזיק לעווין, 
א שװאָנער פון אונזער מאָרריס הילקוויט, אין נגעווען באקאנט 
מיט איהם. האָב איך זיך געװענדעט צו דר, לעוינ'ען, און 
ער האָט זיך נעשטעלט אין פארבינדונג מיט דר. בלעיק'ען. 
עס זיינען אוועק א פּאַר טעג. 

19 


דר. בלעיק. --- אין האַָספּיטאל, 


װאָס א טאָג איז מיין צושטאַנד געווארען ערנער, איך האָב 
שוין מעהר ניט געקענט אומנעהן. ענדליך איז דר. לעווין צו 
מיר געקומען מיט דעם בארימטען כירורג. זיי האָבען מיך גע- 
פונען ליגענדיג אין בעט. דר, בלעיק האָט מיך באקוקט און 
געהייסען מיך נלייך אריבערפיהרען אין זיין האָספּיטאל, אין דעם 
פּרעסביטיריען האָספּיטאל, וועלכער האָט זיך דאן געפונען אויף 
מעדיסאָן עוועניו און 71טע סטריט,,. 


צוריק אין נוודואָרק | , 281 


ווען מען האָט מיך געבראכט אַהין, זיינען די פּריוואט צי" 
מערען אלע געווען פארנומען. אלזאָ, האָט מען זיך אויפ'ן ערש- 
טען אווענט געמוזט באַנוגענען מיט אַן אפּנעזונדערטען צימער, 
וועלכער האָט געהערט צו אַן אַלגעמיינעם װאָרד. מאָרגען פריה 
האָט מיין פרוי און מיין קוזינע חוה'לע (זעה 1-טען באַנד, פּיידזש 
5 און 3-טען באַנד, פּיירזש 307) מיך באַזוכט, איידער מען 
האָט מיך גענומען צו דער אָפּעראַציע. 

איינינע מינוטען שפּעטער האָט מען מיך אַריבערגעפיהרט 
אין דער כירורנישער אָפּטײלונג. צו דער אָפּעראציע זיינען, 
צווישען אַנדערע, געווען איינגעלאדען עטליכע דאָקטוירים פריינט 
מיינע. בשעת מען האָט מיר גענומען אייננעבען ,איטהער", 
האָב איך געקוקט, וי זיי פאַרנאַרטלען די ווייסע קיטלען ארום 
זיך, איינאָטעמענדיג אין זיך דעם שלאָף-טרונק, ווען איך בין 
נאָך געווען ביי מיין נאָרמאַלען באַוואוסטזיין, בין איך נעװען 
אין דער בעסטער שטימונג ‏ איך האָב זיך געטראכט: וי 
קאָמיש זיי ווייזען אויס אין די ווייסע קיטלען !... דערווייל בין 
איך נאָך , איך". באַלד װעט אָבער אַלץ פארשוינדען. װען 
װוע? איך דאָס אָנהויבען צו פיהלען? און אפשר װעט דאָס 
קומען אַזױ פּלוצלונג, אז איך װעל נאָרניט וויסען, אן איך 
הויב אָן צו פאַרלירען מיין באוואוסטזיין 1... 

4 + '* 


ווען איך האָב ווידער נעעפענט די אוינען, האָב איך צו" 
ערשט ניט נעוואוסט, וואו איך בין. איך האָב נאָר געזעהן, אז 
איך נעפין זיך אין אנאנדער צימער. לעבען מיין בעט איז 
געשטאַנען אַ הויכע, יונגע נוירס מיט דונקעלע אויגען. 

-- וואו בין איך דאָ? -- האָב איך געפרעגט. 

--- אין אַ פּריװואַט צימער, --- האָט זי געענטפערט. דאן 
האָב איך איהר דערקענט, --- דיזעלבע נוירס, וועלכע איך האָב 
נעהאָט אין דער פריה. 

-- אֶה, איהר זייט די מיידעל פון דער פאוטה ? -- האָב 
איך געזאָנט מיט אזא שװאַכער שטימע, אַז איך בין איבער" 
ראַשט געווארען. 


289 בלעטער פון מוין לעבען 


מיין נעקסטע פראנע איז געווען : 

--- ווען װעט מען מאַכען די אָפּעראציע ? 

--- שוין געמאַכט, מיט עטליכע שטונדען צוריק, -- האָט 
זי מיר געענטפערט מיט אַ שמייכעל. 

דאן האָב איך דערפיהלט, אז מיין קערפּער איז פארבאנ- 
דאזשירט, דאכט זיך, איך בין אַ לעבעדינער, אָבער אויף 
דיזען אַרט לעבעדינ בין איך נאָך קיינמאָל ניט געװען. ויי- 
טער האָט מיך קיין זאך ניט אינטערעסירט. איך בין געװען 
צו שוואך צו דענקען אָדער צו פיהלען. א מאָדנע גלייכגילטיג- 
קייט האָט מיך באהערשט, 


15 
נעגעל פון א הוהן איינגעטונקט אין בלוט. 


אין דעם , פאָרווערטס" פון מאָנטאָג, דעם 10טען מערץ, איז 
געווען געדרוקט אַ באַריכט פון מאָרריס ראָזענפעלד'ס יובילעאום, 
וואו אונטער אַנדערעס אין געשטאַנען דאָס פאָלגענדע: 

,דעם פאָרזיץ פון דער פארזאמלונג האָט געפיהרט גענאָסע 
מאָרריס בערמאן, און אין זיין קורצער רעדע האָט ער ערקלערט, 
אז אב. קאַהאַן האָט געזאָלט זיין דער פאָרזיצער, אָבער ער איז 
קראַנק און איז ניט אימשטאַנד געווען צו קומען.. 

אויף דערזעלבער פּיידזש איז פאַראַן אַנאַנדער באַריכט מיט 
אן אויפשריפט : | 

,גענאָסע קאַהאַן קראַנק", 

דאָרטען געפינען זיך די פאָלגענדע שורות : 

,גענאָסע קאַהאַן, רעדאַקטאָר פון ,פּאַרווערטם", איז נעכטען 
מיטאָג צוגענומען געווארען אין פּרעסביטיריען האָספּיטאל. נע- 
נאָסע קאַהאַן ליידט פון מאָנען-קראַנקהײט שוין עטליכע יאָהר. 
לעצטען זומער איז ער צוליב דעם נעפאָהרען אין אייראפּא, 
וואו ער אין אונטערזוכט געװאָרען פוֹן גרויסע ספּעציאליסטען 
אין בערלין און אין קאַרלסבאד,. (דאָס אין אַ טעות: אנשטאָט 
בערלין" האָט בעדארפט זיין ,וויען".) פון זיין רייזע האָט 


צוריק אין נוו-ואָרק 288 


זיך גענאָסע קאַהאן אומנעקערט נעזונט. ער האָט די גאנצע 
צייט טיכטיג געארבייט און זיך גוט געפיהלט, 

, מיט עטליכע טענ צוריק האָבען זיך פּלוצלונג ווידער 
אָפּנערופען אין איהם זיינע אַלטע שמערצען. עטליכע טעג אין 
ער אָפּגעלעגען אין זיין הויז, און נעכטען איז ער גענומען נע- 
ווארען אין דעם דערמאַנטען האָספּיטא? אַרין. גענאָסע קאַהאַן 
געפינט זיך אונטער דער ספּעציעלער אויפזיכט פון דעם באַ- 
ריהמטען פּראָפעסאָר בלעיק, דעם הויפּט כירורג פון דעם האָס- 
פּיטאל, פּראָפעסאָר בלעיק װועט אנשיידען, צי דער קראנקער 
וועט דארפען האָבען אַן אָפּעראציע, צי ניט. אויב אן אָפּעראציע 
וועט זיין נויטינ, װועט דערזעלבער פּראָפעסאר איהר מאַכען". 

אויף מאָרנען איז אין , פאָרװוערטס" נעווען באַריכטעט, אן 
די אָפּעראציע איז שוין פאָרגעקומען, און אין פארלויף פון די 
נעקסטע עטליכע טענ אין אין יעדען נומער ,פאָרװוערטס' נע- 
ווען א בולעטין פון מיין נגעזונדיצושטאַנד. אין דער ,ואַרהייט" 
זיינען אויך געווען באַריכטען ווענען מיין צושטאַנד. איין טאָנ 
איז אין , פאָרװוערטס? נעווען אַ מעלדונג, אן דער טעלעפאָן 
הערט ניט אויף צו קליננען פון מענשען, וועלכע פרענען וע- 
גען דעם צושטאַנד פון אב. קאַהאַן. צו דערזעלבער צייט 
אין געווען אַן ערקלערונג, אן צופיל מענשען טעלעפאָנירען 
דירעקט אין האָספּיטאל, אז די בעאסמטע האָבען ניט קיין מענ- 
ליכקייט צו ענטפערען אויף אלע טעלעפאָן קאָלס; אלזאָ, בעט 
מען, אז מען זאָל בעסער אָנפרעגען אין ,פאָרווערטס". 

אויף מאָרגען נאָך דער אָפּעראציע האָט מיין פרוי געפרענט 
ביי דר. בלעיק'ען וועגען מיין צושטאנד, זיין אנטװאָרט אין 
ניט געווען קיין קװאַל פון טרייסט פאר איהר. 

--- הי ואָז פּלעיד אָוט ווהען הי קעים טו אַז" (ווען ער איז 
געקומען צו אונז, איז ער שוין געווען אױיסגעשפּילט). ער האָט 
איהר ניט גענעבען סיין באַשטימטע האָפנונגען. 

אִיך האָב געהאט אַ נאַנץ הויכע טעמפּעראַטור, און איך 
בין ניט אימער געווען אין אַ קלאָרען באַוואוסטזיין איך נע- 
דענק, וי איך האָב נעזעהן די לאַפּקעס פון אַ גרויסער הוהן, 
מיט לאַנגע, דינע פיננער און לאַנגע שאַרפע נעגעל, וועלכע זיי- 


204 בלעטער פון מיין לעבען 


נען איינגעטונקט אין בלוט,. די נעגע? דראַפּען אַ װאַנט אָדער 
א שטיק הימע? און זיי לאָזען איבער רויטע פּאַסען. די נעגעל 
ווערען לענגער און בלוטינער. דאָס אַלץ האָט זיך מיר גע" 
פּלאָנטערט פאר די אוינען אָהן א שיעור. 

אויך געדענק איך געוויסע קלאַננען, אויסגעצויגענע, זאָנ- 
דערבאַרע, טרויעריגע, נעהיימניספולע. שפּעטער האָב איך פאר- 
שטאַנען, אז דאָס איז דער אֶפּהילך פון דער עלעקטרישער קאַר, 
װאָס נעהט איבער מעדיסאָן עוועניו. אין מיין פיבערישען מוח 
האָבען די דאָזינע טענער באַקומען א מאָדנעם כאַראַקטער, עפּעס 
װי אַ לאַננער, טיפער אונערדישער טרויער-רוף. 

איך האָב אויך געהאָט גאנצע שטונדען פון פאָלשטענדיגען 
באוואוסטזיין, דאן פלענ איך באַאָבאַכטען יעדען און יעדע 
זאך, װאָס איך האָב געזעהן ארום זיך, -- דר. בלעיק'ען און 
זיין סוויטע יונגע דאָקטוירים, װאָס האָבען איהם באַנלײט אויף 
זיינע וויזיטען צו די פּאַציענטען, די טאָג נוירס, די נאַכט נוירס, 
די , אָרדערליס". 

איינמאָל איז איינער פון די יונגע דאָסטוירים אריינגעקו" 
מען אליין, ער האָט עפּעס פארגעסען אין מיין צימער. איך 
האָב ביי איהם געפרעגט: ,װאָס האָט איהר דאָרטען געפונען 
ביי מיר?? און ער האָט געענטפערט: 

--- אַן אָלּסער (מכה) אֶוו דהי דואדענום; אַ גאַנץ היב- 
שער בחור איז דאָס געווען : װי אַ האלבער דאָלאר די גרויס, 

דאַן איז אין פאַרלױף פון עטליכע טעג פאַר מיינע אוינען 
אימער געשטאַנען אַ האַלבער דאָלאַר, 

אוים'ן פערטען טאָג האָב איך גענומען בעטען עסען און 
בין געווען פו? מיט לעבענס-אינטערעס. איך האָב נגערעדט, גע- 
מאכט שפּאַס, אזוי אז די נוירסעס האָבען מיך נעמוזט מדיס" 
ציפּלינירען". ,פאַרנעסט ניט, אז איהר האָט אַ לאַנגע, טיפע 
וואונד, וועלכע דאַרף נאָך פארהיילט וװערען', -- האָט די 
נאַכט-נוירס מעהרערע מאָל געזאָגט צו מיר. 

מען האָט גענומען צולאָזען צו מיר באַזוכער --- מיין פרוי 
און אַנדערע נאַהענטע פרייגט, 


צוריק אין נוו-ואָרק | 280 


14 
אַרױס פון האַספּיטאל, 


אין דעם ,פאָרווערטס" פון ערשטען אפּריל אין אויף א 
פּראַמינענטען פּלאַץ געשטאַנען אן איבערשריפט ; 

,אב קאַהאַן ארויס פון האַטפּיטאל," 

אונטער דיזען , קעפּעל? ווערט נעשילדערט, אז איך בין 
שוין ארויס פון האָספּיטאל?, אָבער אז איך בין נאָך זעהר שוואך 
און װעל מוזען רוהען איינינע װאָכען, 

איך בין געווען אַזױי שװאַך, אזן איך האָב בוכשטעבליך 
זיך קוים געהאלטען אויף די פיס. איך נעדענק, וי איך האָב 
צו מיין פרוי געזאָגט: האָה, האו װאַבלי אי עם !" (,װאַבלי" 
הייסט טרייסעלדיג, ניט פעסט), 

פון האָספּיטאַל האָט מיך גענומען אַהיים אַדאָלף העלד, ווען 
ער האָט מיך אַרויסגענומען פוֹן דעם אִטאָמאָביל, האָט ער מיך 
געמוזט צופיהרען צו מיין וואוינונג, אזוי וי מען פיהרט אַ 
קליין קינד. און דעמזעלבען דזשאב האָט נאָכהער געהאט מיין 
פרוי אין פאַרלויף פון עטליכע טעג. אונזער וואוינונג איז געווען 
אויף דער 90טער סטריט, גאַנץ נאָהענט צו סענטרא? פּארק, 
פלעגט זי מיך אַהין פיהרען שפּאַצירען. 

די אָפּעראציע האָט דעם אֶרנאַניזם אינגאַנצען צוטרייסעלט, 
וועגען פאָהרען אין קאנטרי זיך אִפּרוהען האָט דעריבער די ערש- 
טע טעג ניט געקענט זיין קֵיין רייר. אָבער װאָס אַ טאָג בין איך 
געווארען שטאַרקער און פעסטער. דאן בין איך אַריבערגעפאָהרען 
קיין לייקוואוד אויף א פּאָר װאָכען, 

אַזאַ אָפּעראציע, װוי די װאָס איך האָב דורכנעמאכט, אין 
ניט אימער איננגאַנצען ערפאָלנרייך עס טרעפט אָפט, אז די 
װועהטאָגען װידערהאָלען זיך די אָפּעראַציע, וואס דר. בלעיק 
האָט אויף מיר נעמאַכט, איז אָבער געווען פאַלשטענדינ ער- 
פאָלגרייך. דיזע שורות װערען נעשריבען פּונקט מיט זיבצעהן 
יאָהר שפּעטער, און -- הלואי ווייטער ‏ די שרעקליכע שמער- 
צען, וועלכע האָבען מיך פאַרפאָלנט אין פאַרלױיף פון עטליכע 
יאָהר, זיינען פאר סיר בלין אן אונאננענעהמע עראינערונג, 


286 בלעמער פון מיין לעבען 


פריהער, פאַר דער אָפּעראַציע, פלענט מיר זעהר שװער זיין 
ארויפצונעהן אויף טרעפּ. צוויי מאָנאַט נאָך דער אָפּעראציע בין 
איך ניט אַרױפגענאַנגען, נאָר ארויפגעלאָפען צוויי עטאזשען מיט 
אַמאָל, עס װעט ניט זיין אַ האָר איבערטריבען, ווען איך װעל 
זאָנען, אז איך האָב זיך געפיהלט מיט צעהן אָדער זאָגאר מיט 
פופצעהן יאָהר איננער, וי פאַר דער אָפּעראַציע. 

דאן ערשט האָב איך זיך דערואוסט, וי נאַהענט דער 
מלאך המות איז נעווען צו מיר עטליכע טעג פאר דער אֶפּע- 
ראציע, און צוויי טענ דערנאָך. איך האָב זיך דערוואוסט, אז 
דר. בלעיק האָט געהאט וייניג האָפנונג, אז איך װעל זיך 
ארויסדרעהען. 

ווען איך בין געלענען אין האָספּיטאל, האָט מען אומעטום 
גערעדט וועגען דער שייכות צווישען מיין אפּעראציע און דעם 
שניידער סטרייק. און איצט, אז איך בין פולשטענדיג געזונט 
געווארען, האָב איך געהאָט אַ געפיה?ל פון דאנקבארקייט צו 
יענעם סטרייק. ווען ניט דער אויבען-דערמאַנטער זונטאָג, מיט 
די דריי פארזאמלונגען, װאָס איך האָב אַדרעסירט, װאָלט די 
אָפּעראציע ווארשיינליך אזוי גיך ניט פאָרגעקומען, -- ביו עס 
װאָלט שוין געווען צו שפּעט. 

דער שניידער סטרייק האָט אויף אַן אינדירעקטען שטייגער 
מיין לעבען געראַטעװעט, 


15 | 
דער פונדאַמענט פון , דייוויד לעווינסקי". 


ווען איך דערמאָן זיך אָן די טענ, וואס איך האָב פאר" 
בראַכט אין דעם פּרעסביטיריען האָספּיטאל, דערמאָן איך זיך 
אויך אָן דעם אָנפאנג פון מיין עננלישען ראָמאן ,די ראַיז אִו 
דייוויד לעווינסקי". עס איז אַזױ געווען: 

אין אַ געוויסען פריהמאָרגען, מיט איינינע מאָנאַט פריהער, 
האָט מיך אין אָפיס פון , פאָרװוערטס" באַזוכט איינער פון די 
רעדאקטאָרען פון , מעקלור'ס מענעזין", וועלכער איז דאן געווען 
דער פארשפּרייטסטער מאָנאַטיזשורנאַל אין אמעריקא. ער האָט 


צוריק אין נווואָרק 284 


מיר נעמאַכט אַ פאָרשלאג, אז איך זאָל פאַר דעם מעגעזין שריי- 
בען אַ פֹּאָר קורצע ערצעהלוננען. מיין אנטװאָרט אין געװען 
אומנעפעהר אַזױי: 

-- איך בין זעהר פאַרנומען מיט דעם פפאָרווערטס", 
אָבער מיר פּלאָנטערט זיך אין געדאַנק אַ טעמע פאַר א סעריע ענג- 
לישע ערצעהלונגען, אין וועלכע די צענטער פינור זאָל זיין 
דיזעלבע דער הויפּט-געדאַנק באַשטעהט אין וייזען, װי אזוי . 
אַ געוויסער טיפּ אידישער אימיגראנט אין אין אמעריקא רייך גע- 
ווארען, וואס פאר א מענש ער איז, װוי אזוי ער קומט-צו צו 
זיין געשעפט, וי אזוי ער אַרבייט זיך אַרױף, װאָס פאַר א 
סאָרט לעבען ער פיהרט אויסערהאלב זיינע ביזנעס, און אזוי 
ווייטער. 

--- דאָס װאָלט נעווען אויסנעצייכענט! -- האָט דער רע- 
דאקטאָר זיך אָנגעבכאפּט. 

ער האָט גערעדט ווענען צוויי סקיצען. אוֹן איך האָב זיך 
זיי נענומען שרייבען,. ווען עס אין פאַרטיג געװאָרען די ערשטע 
סקיצע, און ער האָט דאָס איבערגעלעזען פאַר זיינע קאַלעגען 
פון דער , מעקלור'ס" רעדאַקציע, אין ער צו סיר וױידער נעקו- 
מען און מיר געזאָגט, אז די ערצעהלונג געפעלט דער רעדאַק- 
ציע אזוי שטאַרק, אז זי װוי? האָבען ניט צוויי, נאָר פיר. האָב 
איך אויפנעשריבען די צווייטע סקיצע און זיך געקליבען צו שריי- 
בען די דריטע און די פערטע, 

דאַן האָבען זיך אָנגעפאננען די שטורעמדיגע טעג פון דעם 
שניידער סטרייק און די געשעהענישען, װאָס האָבען נעפיהרט 
צו מיין אפּעראציע. 

דער קינסטלער, וועלכער האָט נגעמאַכט בילדער צו די ער- 
צעהלוננען, האָט עפּעס נגעהאָט צו פרענען וװוענען דער צוייטער 
סקיצע, האָט ער צו דיזען צוועק מיך באזוכט אין האָספּיטאל. 

די דריטע סקיצע האָב איך נעשריבען אין לייקוואוד, וואו 
איך בין איינגעשטאַנען נאָך מיין קראַנקהייט. מיינע פיננער 
האָבען נאָך ניט נעקענט האלטען קיין פעדער אין האַנט, און 
איך האָב דעם מאַנוסקריפּט געמוזט דיקטירען צו אַ סטענאָ- 


288 בלעטער פון מיין לעבען 


גראפיסטקע. די פערטע סקיצע האָב איך שוין געשריבען אין 
ניו יארק. 

אויף דיזען אַרט זיינען נעשאַפען געװאָרען די פיר סקיצען, 
פון וועלכע איך האָב שפּעטער ענטוויקעלט דעם בוך, ווענען וועל- 
כען עס װועט האָפענטליך דערצעהלט וװערען אין דעם נעקסטען 
באַנד פון דיזע , בלעטער, " 


10 
י. אַדלער (ב. קאָוונער). 


די צייט, װאָס איך האָב פארבראכט אין האָספּיטאַל, אין 
אין מיין זכרון פארבונדען מיט י, אַדלער'ס ערשטע טעג אַלס 
מיטאַרבייטער אין , פאָרוװוערטס", ער האָט מיך אין האָספּיטאל 
באַזוכט, און זיין וויזיט האָט טיילווייז נעהאָט אַ שייכות צו דער 
פראַנע ווענען זיין פאַרבינדוננ מיט דעם , פאָרווערטס". 

צום ערשטען מאָל האָב איך איהם נעזעהן אוֹיף דעם אוי- 
בען-דערמאַנטען אַװענט פון די נאַליציאנער סאַציאליסטען, וואו 
איך האָב זיי אפּנענעבען אַ נרוס פון זייער אלטער היים. אדלער 
איז צו יענעם צוזאמענקונפט געווען אייננגעלאדען אלס פאָרלעזער, 
אנב, איז ער אַליין אויך פון נאַליציע, ער האָט געלייענט עט- 
ליכע פון זיינע הומאָרעסקען, און איך האָב פון זיי גרויס הנאה 
געהאַט. איך האָב זיך בוכשטעבליך געקייקעלט לאַכענדיג. 

איך האָב שוין לאַנג געהערט, אַז ער איז א מיטנליד פון דער 
סאציאליסטישער פּארטיי, אויך האָב איך געואוסט, אַז ער 
שרייַבט הומאָריסטישע פעליעטאָנען און אויך געדיכטען. מיט 
זיינע זאַכען בין איך אָבער געווען זעהר וייניג באקאנט. בין 
מיט אַ קורצער צייט פאר מיין אָפּעראַציע, האָט ער אַנטײל 
גענומען אין א אידישען ויץ-בלאָט מיט דעם נאָמען , קונדס", 
וואו מען פלענט רענעלמעסיג אטאַקירען דעם ,פאָרווערטס" און 
מיך פּערזענליך. חוזק צו מאַכען פון דער פּאָפּולערסטער, פאר- 
שפּרייטסטער צייטונג און איהר סתם צו שימפען איז געוען 
,גוטע ביזנעס". דער עולם אינטערעסירט זיך מיט אַלֵץ, װאָס 
איז נונגע דער צייטונג, און צו זעהן, װי מען מאַכט בייזוויליגען 


צוריק אין נוו-ואָרק = 


שפּאַס פון איהר, געפינען זיך אימער בעלנים. דער איינענ- 
טימער פון , קונדס" פלענט אִפען זאָנען, אז ווען עס געהט ארויס 
א נומער פון זיין װאָכענבלאַט אֶהן עפַּעס אַ ניפטינען וויץ 
אויפ'ן , פאָרװוערטס" אָדער אויף זיין רעדאקטאָר, פארקויפט זיך 
דאָס בלאָט שוואכער. | 


אַדלער איז געווען איינער פון די װאָס פלענען שרייבען דיזען 
פאָרט שפּאסען. איך האָב דעם , קונדס" זעלטען געלעזען און 
פון אַדלער'ס אַטאַקעס האָב איך ווייניג געוואוסט. איך פלענ 
עפעס יאָ הערען פון זיי, אָבער אזעלכע זאכען זיינען מיר אין 
איין אויער אריין און פון דעם אנדערען אַרױיס, 


די סקיצען, וועלכע ער האָט פאָרגעלעזען אויף דעם קבלת 
פּנים אַװוענט, װאָס זיינע לאַנדסלייט האָבען נעמאַכט פאַר מיר, 
האָבען אין זיך ענטהאַלטען דעם סאָרט שפּאַס, פון וועלכען 
מען לאַכט אֶהן א פאַרװאָס,. דאָס אין אַ לאַכען לשם לאַכען. 
און צו קריגען דיזע סאָרט סקיצען פאר דעם , פאָרווערטס" האָב 
איך לאַנג געהאַט אין זינען, שפּאַס פון אַנדערע סאָרטען האָ- 
בען מיר נעהאט. דאָס רוב איז דאָס נעווען א שמייכע? הו" 
מאָר, איך האָב אָבער אויך געװאָלט האָבען לאַך חומאָר,. און 
דאָס האָב איך איצט געפונען ביי י. אַדלער'ען. ‏ . 

איך האָב נעבעטען, מען זאָל מיר ברעננען עטליכע פון 
זיינע זאכען. לעאָן נאָטליב, פון אונזער רעדאַקציע, האָט עס 
איהם איבערנענעבען, און ער, אַדלער, האָט צוזאמענגעשטעלט 
אַ פּעקעל (עס פאַרשטעהט זיך, אזעלכע פעליעטאָנען, וואו ער 
האָט נעשאָסען פיילען אין , פאָרװוערטס" אָדער אין מיר, האָט 
ער אין דעם פּעקעל? ניט אייננעשלאָסען). איך האָב די עטליכע 
הומאָרעסקען איבערנעלעזען און האָב באַשלאָסען איהם אֶנצו- 
שטעלען אלס מיטאַרבייטער,. דאַן האָט מען מיר אויפמערקזאַם 
געמאַכט אויף יענע פעליעטאָנען זיינע, וואו דער , פאָרװערטס", 
אָדער איך, בין געווען דער קרבן. סיין ענטפער איז געװוען: 
,ער איז ניט דער ערשטער, און ער וועט ניט זיין דער לעצטער, 
װאָס װועט אונז אַטאַקירען אַזױ לאַננ, װוי מיר וועלען זיין פּאַ- 
פּולער. ווען ער װועט שרייבען ביי אונז, װעט ער אזעלכע זאכען 


200 בלעמער פון מיין לעבען 


ניט פאַרפאַסען, און זיינע פריהערדיגע חטאים אינטערעסירען 
מיך ניט". 


איך האָב איהם אָננעשטעלט. דאָס הייסט, איך האָב איהם 
נאָמינירט אַלס אַ שטענדינען מיטאַרבייטער אין פאָר- 
ווערטס",. װאָרים, ווען עס האַנדעלט זיך ועגען שטענדיגע 
מיטארבייטערשאַפט, קען דער רעדאַקטאָר, לוים אונזער קֹאָני 
סטיטוציע, בלויז נאָמינירען, די פּראַנע מון אָפּנעשטימט װוע- 
רען פון דער אסאָסיאײישאָן, וועלכע קען די נאָמינאציע אננעמען 
אָדער צוריקווייזען, אלזאָ, האָב איך אדלער'ען אַנגאזשירט 
בלויז פאָרלויפיג. ער האָט אָננעפאנגען פאר אונז צו שרייבען. 


אַזוי וי מיט אַ קורצער צייט צוריק האָט ער אַטאַקירט דעם 
, פאָרווערטס" און מיך פּערזענליך, אין ניט געוען באַקװעם 
זיין אמת'ען נאָמען צו נעברויכען. אַדלעױף איז מיט מיר איינ- 
פאַרשטאַנען געווען, אז עס איז נויטיג, פאַר דער ערשטער צייט 
ווייניגסטענס, איהם צו געבען אַ פּסעװדאָנים. אזוי װוי ער אין אַ 
נאַליציאַנער, האָב איך אין שפּאַס איהם נעפרעגט, אויב ער 
וועט האָבען דאַגעגען, ווען איך װעל איהם מאַכען פאַר אַ ליט- 
װאַק. ער האָט פרעהליך געענטפערט, אַז פון זיינטווענען קען איך 
איהם מאַכען אַפילן פאַר אַ טערק. אַלזאָ, האָב איך אויסגעקליבען 
דעם נאָמען ,ב. קאָוונער", און ער האָט אויף זיין שטילען, 
לוסטינען שטיינער ערקלערט, אז דער נאָמען פּאַסט איהם אויסי 
נעצייבענט, 


אונטער דיזען נאָמען, אַלזאָ, האָט ער אָנגעהויבען צו שריי- 
בען הומאָרעסקען אין ,פאָרװוערטס", אין א פֹּאָר טעג אַרום 
בין איך געצוואוננען געווען צו פאַרלאָזען די רעדאַקציע, און 
מען האָט צו מיר געבראכט דר. בלעיק'ען. שפּעטער, ווען איך בין 
נאָך געלעגען אין האָספּיטאל, אָבער איך בין שוין אימשטאַנד 
געווען אַדלער'ן צו עמפּפאַנגען, האָט ער מיך באַזוכט. ער האָט 
מיר דערצעהלט, אז ב. פיינענבוים'ען, וועלכער האָט רעדאקטי-ט 
דעם , פאָרווערטס" אין מיין אבוועזענהייט, געפעלען ניט זייג 
פעליעטאָנען, 


צוריק און נוו-ואָרק 201 


--- ער זאָגט, זיי זיינען פּוסטע שפּאַסען, אז זיי ענטהאלטען 
ניט קיינע געדאַנקען, --- האָט ער ערקלעהרט. 

מיין אנטװואָרט איז געווען: 

--- ווען איך על קומען צוריק, על איך קיין נעדאַנקען- 
פעליעטאָנען ביי אייך ניט פאָדערען. שרייבט נאָר אזוי, אז 
דער עולם זאָל לאַכען, דאָס קענט איהר,. אויף פעליעטאָנען מיט 
געדאַנקען האָבען מיר אַנדערע מיטאַרבייטער. 

די הומאָרעסקען, וואס ער האָט נעדרוקט ביי אונז, האָבען 
נעהאַט אַ גרויסען ערפאָלנ, ‏ איך בין צוריקנעקומען אין דער 
רעדאקציע אין מאַי, א קורצע צייט שפּעטער האָט ער אָננע- 
הויבען זיין סעריע פעליעטאַנען וועגען יענטע מיט איהר סאַן 
מענדעל טעלעבענדע, און זייער בן'אֶק פּיניע, און די סעריע אין 
געווארען אומגעהויער פּאָפּולער איבער נאַנץ אמעריקא. ער האָט 
געשאפען אויך אַנדערע הומאָריסטישע כאַראַקטערען, וועלכע 
זיינען באַריהמט געווארען. ער זאָגט געראָטענע ויצען און 
שאַפט נעלונגענע שפּאַסען איבערהויפּט. דערצו האָט ער א 
זעהר קלאָהרע, לייכטע און אַנגענעהמע שפּראַך, וועלכע האָט 
אין זיך עפּעס אזעלכעס, אז ווען ער שרייבט עטװאָס הומאָריס- 
טישעס, מוז מען לאַכען פון די ווערטער נופא. ער אין נע- 
װאָרען איינער פון די פּאָפּולערסטע אידישע שרייבער אין אַמע- 
ריקא, 

ער איז אויך א נלענצענדער פאָרלעזער, און מען האָט איהם 
גענומען פאָדערען אויף פאַרשידענע צוזאמענקונפטען, אונטער- 
האלטוננען, קאָנצערטען, 

איינמאָל האָב איך מיט איהם צוזאמען נעמאַכט אַ טור 
איבער'ן פאנד צו גונסטען פון דעם ,וילנער רעליף", -- איך 
אלס רעדנער, און ער אַלס פאָרלעזער; האָב איך כמעט א 
מעטום נעזעהן דאָס פאָלגענדע : 

דער פאָרזיצער דאַרף איהם פאָרשטעלען פאר'ן עולם, הויבט 
ער אָן מיט די וװוערטער: ,און איצט האָב איך אייך די עהר 
פאָרצושטעלען...? ווייטער קען ער אָבער ניט ריידען. דער 
עולם האָט שוין באַמערקט, ווער דער ,נעקסטער" איז, און עס 


209 בלעטער פון מוון לעבען 


ברעכט אויס בוכשטעבליך א שטורם פֿון לוסטינען געלעכטער. 
אנשטאָט צו אפּלאָדירען, לאכט מען, און אין אַזאַ מאַל אין 
דאָס דער בעסטער אַפּלאָז, /מען לאַכט פון נאנצען הארצען און 
מיט אַלַע כוחות. מען שרייט:;: היענטע! מענדעל! פּיניע!", 
און מען לאַכט אויף װאָס די װועלט שטעהט. 

אַדלער נוינט זיך צום פּראָנט, רעכטס און לינקס. דער 
שטורם ברעכט אויס ווידער און ווידער. קוים וװאָס מען באַי 
רוהינט זיך, און ער הויבט און פאָרצולעזען. דאן, וען ער 
קומט צו אַ געראָטענעם שפּאַס -- און דאָס טרעפט אַלע ויילע, 
--- בכרעכט ווידער אויס אַ קראַך פון לוסטינקייט, 

אויבען איז שוין דערמאָנט געװאָרען, אז אַדלער איז אויך א 
פּאָעט, זיינע לידער זיינען הויפּטזעכליך אויף סענטימענטאַל- 
היימישע טעמעס. פילע פון זיי זיינען זעהר געראָטען, זיי זיי- 
נען סימפּאַטיש און ענטהאַלטען ניט ועניג זאַפט פון אמת'ער 
פּאֶָעזיע. 

שוין זיבעצעהן יאֶחר װוי ער איז אַ מיטנליד פון אונזער רע- 
דאקציאַנעלער משפּחה, און זיין פּאָפּולאַריטעט איז זעהר גרויס. 
צו קענען אונטערהאלטען מענשען, ארויסרופען ביי זיי אַ האַר- 
צינען נעלעכטער, אזוי, אז זיי זאָלען פארנעסען אָן זייערע צרוֹת, 
--- דאָס איז איינע פון די וויכטינסטע זאַכען, װאָס דער נעשרי" 
בענער אָדער נערעדטער װאָרט קען אויפּטאָן. דערצו פֿאָדערט 
זיך אַ געבאָרענער טאַלאַנט, אַ ספּעציעלער, און דיזען סאָרט 
טאַלאַנט פארמאָנט אַדלער אין א גרויסער מאָס. א נרויסע צאָל 
פון זיינע שטיפערייען האָבען אין די זיבצעהן יאהר געקראָנען אַ 
שם, און זיי ווערען פאָרגעלעזען איבער דער נאַנצער וועלט, 


17 
אל. דזשאַלסאָן. 


אין א געוויסען טאָנ. אין דער מיטאָג שטונדע, ווען די 
געסט זיינען געווען אין דאַינינג רום, איז צוֹ דעם לייקוואודער 
האָטע?, וואו איך בין דאן איינגעשטאַנען, צוגעפאָהרען אן אוטאָ- 
מאָבי? מיט דריי יונגע לייט. זיי האָבען באַשטעלט דינער, 


דלער 





צורוק און נוו-ואָרק 205 


נאָכ'ן עסען איז איינער פון זיי צו מיר צונעקומען און האָט 
זיך פאָרגעשטעלט אַלס אַל, דזשאַלסאָן, ער איזן שוין דאן גע" 
ווען גוט באַקאַנט אין אמעריקא, הגם נאָך נים אַזױ וי היינט. 


מיר האָבען געהאט אַן אינטערעסאנטען שמועס ועגען איהם 
פּערזענליך און ווענען אידישע זינגער און שוישפּילער אויף דער 
אמעריקאנער ביהנע אין אלנעמיין. ער האָט מיר דערצעהלט ווע 
נען זיינע קינדער יאהרען, וענען זיין פאָטער דעם חזן, און 
וועגען דער ווירקונג, װאָס די ערציהונג אין זיין פאָטער'ס הויז 
האָט געהאַט אויף דער ענטוויקלונג פון זיין מוזיקאלישען טאַ- 
כאנט. סיר האָבען אויך גערעדט װעגען אוירווינג בערלין'ען, 
דעם פּאָפּולערען פאַרפאַסער פון אַמעריקאנער לידער, וועלכער איז 
אויך א זוהן פוֹן אַ חזן. מיר האָבען געשמועסט װעגען דער 
ווירקונג, װאָס חזן'ישע ננונים האָבען אויף דעם אמעריקאַנער 
עולם, ווען זיי ווערען אביסעל? געענדערט אוֹן צוגעפּאסט צום 
אמעריקאנער געשמאַק. 


מעהר האָב איך אֵל. דזשאַלסאָן'ען ניט נעזעהן, נים פּער- 
זענליך און ניט אויף דער ביהנע, -- סיידען אין די טאָקיס 
(ריידעוודיגע פילמס). זייט דאַן איז זיין נאָמען אומגעהויער 
אויסגעוואקפען, ער איז איצט איינער פון די פּאָפּולערסטע 
שוישפּילער-זינגער אין אמעריקא און אויך איינער פון די רייכ- 
סטע,. דער יושר פאָדערט אָבער צו זאָנען, אן אויב די טאָ- 
קיס" האָבען א סך געטאָן פאר אל, דזשאַלסאָן'ען, האָט אֵל. 
דזשאַלסאָן ניט וויינינער נעטאָן פאר די ,טאָקיס" ‏ עס אין אן 
אַלנעמײן באקאנטער פאַקט, אן אַ דאַנק זיין אנטייל נעמען, 
האָבען די טאָקיס געהאַט זייער ערשטען ערפאָלג, אָהן וועלכער 
דער נאנצער אויפטו װאָלט אפשר באטראכט געווארען אלס אַ 
טויט-געבוירענע קינד, 

די װאָרנער בראָדערס, די פינף אידישע ברידער (זיהן פון 
א לאָמזער שוסטער), וועלכע האָבען די טאָקיס איינגעפיהרט, 
האָבען געהאַלטען ביים באַנקראָטירען, האָבען זיי אָבער גע- 
שטעלט , דהי דזשעז סינגער" (ווענען א אידישען חזן און זיין 
זוהן), מיט דזשאַלסאָן'ען אין דער הויפּט ראָלע, און דאָס האָט 


204 | בלעטער פון מוון לעבען 


געהאָט אַזאַ קאַלאָסאַלען ערפאָלג, אז די פירמע האָט געמאַכט 
עטליכע מיליאָן דאָלאר פּראָפיט, אביסעל שפּעטער האָבען זיי 
נגעשטעלט די פּיעסע ,דחי סינגינג פו?", ווידער מיט דזשאַלסאָן'ען 
אין דער צענטער ראָלע אַלס שוישפּילער און זינגער, און דאָס 
האָט זיי געבראכט נאָך מעהר מילאָנען. אֶט דיזע מיליאָנען 
האָבען דאָס נעלעגט דעם פנאַנציעלען פונדאמענט פון דער 
אונטערנעמוננ. דאָס האָט מענליך געמאכט, אז די טאָקיס 
זאָלען ארויסשטופּען פון מאַרק די שטילע בילדער איבער גאנץ 
אמעריקא, 


ויבעט ער קאַ פיט על 
אין , פאַרווערטם". 
1 
,מיט פעדער און בליישטיפט". 


נאָך מיין אומקעהרען זיך אין דער רעדאַקציע, בין איך 
ווידער געװאָרען טעטיג. ‏ איך האָב זיך נעפיהלט פאָלשטענדיג 
געזונט און פול מיט לעבען. ס'איןז געווען גענוג ארבייט פאר 
מיר, אי אַלס רעדאקטאָר, אי אַלס שרייבער. 

איך האָב בײינעטראָגען א טיי? פון די לייט-ארטיקלען, פֹּאַ- 
לעמישע ארטיקלען, טעאַטער קריטיקען און קריטישע אָפּשאַ- 
צונגען פון ליטעראַרישע ווערק, --- דאָס לעצטע אין דער פאָרמע 
פון נאָטיצען אונטער דעם אַלנעמײינעם איבערשריפט , ליטעראַטור 
און לעבען", אָדער אלס ספּעציעלע אָפּהאַנדלונגען. וװענען דוד 
בערגעלסאָן'ס ראָמאַן ,נאָך אַלעמען", צום ביישפּיל, האָב איך 
אין נאָוועמבער פון יענעם יאָהר פאַרעפענטליכט אַ סעריע פון 
דריי אַרטיקלען,. דאָס וערק ווערט דאָרטען באַנגריסט, אלס אַ 
וויכטינגער שריט פאָרווערטס אין דער אידישער ליטעראַטור, אלס 
א נייע און פרעהליכע ערשיינונג אין איהר, די סעריע ענט- 
האלט א באַטראַכטונג פון דער העלדינ'ס כאַראַקטער און ווייזט 
אָן אויף די שװאַכע פּונקטען אין דעם ווערק, אָבער אין סך 
הכ? איז די קריטיק א העבסט גינסטינע. 

איך האָב נעפיהרט אן אָפּטײלונג פון אילוסטרירטע פע- 
ליעטאַנען, אונטער דעם נאָמען , מיט פעדער און בליישטיפט". 
די פעדער-סקיצען האָב איך נגעשריבען אונטער פארשידענע פּסעװ- 
דאָנימען, אָדער, מייסטענס, נאָר אֶהן א נאָמען. דער אינהאַלט 
פון דיזע פעליעטאָנען און סקיצען איז באַשטאַנען אין עפּעס 
א פּסיכאַלאָנישען שטריך, אָפט אין א שטילער טראַנעדיע פון 


206 


206 בלעטער פון מוון לעבען 


דעם טעגליכען לעבען,. די בליישטיפט-בילדער צו דיזער סעריע 
האָט געשאפען אונזער קינסטלער פּעטער נעאנאָע, אַ רומענישער 
קריסט, 

אָט זיינען אַ פֹּאָר ביישפילען פון די פּעליעטאָנען: 

שבת תשובה אין ניו יארק, אן אימיגראנט, א איד אין די 
מיטעלע יאָהרען, נעהט פון שוה?. ער איז ערשט עטליכע מאָ- 
נאָט אין אמעריקא. ער איז געקומען צו אַ טאָכטער,. די טאָב- 
מער און דער איידים זיינען צו איהם זעהר נוט, אױיף דעם 
האָט ער זיך ניט װאָס צו באַקלאָגען. אָבער.. 

ס'איז עפּעם ניט דועם.. 

ער איז א פרומער צוידך פון דעם אַלטען דור, די שוה? אין 
פאר איהם א נך-עדן, זיין פּאָעזיע, זיין גייסטינע טרייסט. אזי 
איז געווען אין דער חיים, דאָרטען פלענט ער אין בית המדרש 
געפינען אַן אפּרוה פון זיינע לאסטען, פון די גרילצענדע קלאנ- 
גען פון דעם װאָכעדינען לעבען... 

ער נעהט דאָ אויך אין שוה?ל, דאכט זיך, א שוה? װי אלע 
שוהלען... 

עס אין אָבער ניט ראָס. / 

א היימישער גראָכער יונג, אן עזות פּנים, א מיאוס'ע 
באשעפעניש אין דאָ רייך געווארען, און ער איזן דער פּרעזידענט 
פון דער שוהל. אָט ער, מיט זיין שווערער נאָלדענער קייט, 
מיט דער עם-הארץ'אישער חוצפּה אוים'ן פּנים, מיט דער חוצפה 
פון דעם אֶלרייטניק, ער איז דאָס דער נבאי! זיין גראָבער 
גייסט שוועבט איבער דער שוהל?. מיט ביַנעס און מיט אַדװער- 
טייִזמענטס שמעקט אין שוהל, 

ער, דער ,גרינער", דער איידעלער איד, האָט אָפּנעדאװענט 
מיט התלהבות, מיט אַ טיף-אויפריכטיגער פרומקייט האָט ער זיך 
געװוענדעט צום הימעל.. 

אָבער איצט, ווען ער געהט צוריק פון שוה?, נאָנט אַן אונ- 
צופרידענחייט זיין הארץ. אזוי װוי ער װאָלט אויסגעטרונקען א 
טייערע נלאָז וויין און דערנאָך דערפיהלט אן אנאַנגענעהמען 
ווידער-טעם, 


און ,פּאָרווערטס" 207 


עס פעהלט אין שוה? די היימישע האַרצינקייט; אין די 
היגע ימים נוראים פעהלט די היימישע אמת'קייט, דער חן.. 
| וי א פאַבריטשנע זאך, װי א געפארכטער עפּעל, װי גע- 
פאַלשעוועטע מילך אין איהם דער הינער שבת תשובה. 

די איבערשריפט איבער דיזען אילוסטרירטען פעליעטאָן 
איז געווען ,עס איז עפּעס ניט דאָס?. און דערזעלבער נאָמען 
שטעהט איבער א פעליעטאָן פון דערזעלבער פיטשור ,, מיט פעדער 
און בליישטיפט", אָבער פון אַנאַנדער אינהאַלט, 


אַ מיידעל האָט חתונה. חבר'טעס באַגריסען איהר,. זיי 
האָבען איהר ליב און זיי פרעהען זיך מיט איהר נחת; אָבער 
די כלה אַליין פיהלט זיך נידערנעשלאַנען. זי אין ענטשוישט, 
האָט זי פיינט דעם חתן? נין! האָט זי איהם ליַב? דאָס 
קען זי אויך ניט זאָגען,. אין אַלנעמיין איז, דאַכט זיך, אלץ 
אָלרייט. און דאֶָך... 

ניט אזוי האָט זי זיך פאָרגעשטעלט דעם גרויסען מאָמענט, 
ווען זי װעט נעהן אונטער דער חופּה. 

ערקלערען איהרע חבר'טעס, װאָס עס טוט זיך ביי איהר 
אין הארצען, ווי?ל זי ניט, און ווען זי װאָלט יא וועלען, װאָכט 
זי ניט וויסען, וי דאָס אויסצודריקען,. זי וייס נאָר, אן עס 
אין עפּעס ניט דאָס.. 

אין באַצונ צו דעם פעליעטאָן ווענען דעם פרומען אידען, 
װאָס אין ענטוישט אין דער אַמעריקאנער שוהל, האָב איך פון 
אַ סאַציאליסט ערהאלטען א בריף פו? מיט גאַל,. סטייטש, 
וי קומט א סאַציאליסטישע צייטוננ ארויסצואווייזען מיטלייך 
מיט אַ אידען, וועלכער געפינט ניט קיין אמת'ע פרומקייט אין 
זיין שוה? ? א סאַציאליסט דארף חוזק מאכען פון אזא אידען, 
ערקלערען, װי נאַריש עס אין צו נלויבען אין נאָט און אין 
תפילות צוֹ איהם, 

איך האָב דעם גענאָסע אייננגעלאדען צו זיך אין אִפיס, 
איך האָב פאַרבראַכט א שעהנע פּאָר שטוננדען, מיהענדיג 
זיך איהם צו באַוייזען, אז ער באַטראַכט די זאך פון א פאלשען 
שטאַנדפּונקט, אן אזעלכע פעליעטאַנען װערען ניט געשריבען 


208 בלעמער פון מוון לעבען 


אויפצוקלערען דעם לעזער ; אז זייער צוועק אין ניט צו פיהרען 
פּראפּאגאנדע, נאָר צו שׂילדערען נעוויסע גייסטיגע מאָמענטען. 
איך האָב אויך נע'טענה'ט, אז אָנצואווייזען אויף דעם אונטער- 
שיד צווישען ריינע, אויפריכטינע רעליניעזע נעפיהלען, און 
אזעלכע, וואס זיינען דורבגעמישט מיט א ואולנאָרען אלרייטניק- 
גייסט, -- אז דאָס גופא איןז וויכטינ. ‏ איך האָב ניט געהאט 
קיין שום ערפאָלג. מיין גענאָסע איז נעבליבען ביי דאָס זייניגע,=) 

אַנאַנדער סקיצע פון , מיט פעדער און בליישטיפט" שטעלט 
פאָר אַ שעהן מיידע?, װאָס קלייבט זיך חתונה צו האָבען מיט 
אַן עלטערען מאַן, א רייכען. דער חתן האָט אַ גרויסען, גלאַנ- 
צינען פּליך אוים'ן קאָפּ, ער אין איהר העסליך, אָבער איהר 
טרייע פּראקטישע מוהמע לאָזט איהר ניט צורוה; . ס'טייטש, 
אַזא נליק! און די סיידעל האָט מורא צו בלייבען א פארזע- 
סענע; גיט זי ניט ווילענדיג נאָך. זי זאָגט דעם ,יאַ-װאָרט?", 
זי װעט חתונה האָבען מיט דעם ,גליק". 

זי מיהט זיך צו פיהלען , פּראקטיש", אָבער דער גרויסער 
גלאַנציגער פּליך טרעט ניט אָפּ פון איהרע געדאנקען, איצט נאָך 
מעהר וי פריהער. וואו זי שטעהט און וואו זי נעהט, זעהט זי 
איהם, דעם פּליך... 

איין פעליעטאָן אַזעלכער שטעלט פאָר, װי אַן עלטערע אי- 
דישע פרוי, אן אַלטמאָדישע אייבינע ,נרינע", באַנענענט אוים'ן 
גאָס איהר אַמעריקאנער געבאָרענעם בן-יחיד מיט אַ פריילין, איהר 
הארץ שפּרינגט פון נחת. זי לויפט צו איהם. זי ויל זיך 
קוויקען מיט זיין נליק, אָבער דער זוהן ניט איהר פון וייטען 
אַ סיגנאַל, אז זי זאָל ניט סמייען צוצונעהן. ער װויל נים, 
אז זיין אַמעריקאנער כלה זאָל זעהן זיין ,גרינע" מוטער. 

פאַראַן א פעליעטאָן, וואו דאָס בילד שטעלט פאָר א אידי- 
שע מיידעל, אן אימינראנטקע, װי זי שטעהט אין פּאָסט אֶפִיס 
לעבען פענסטערעל, װאַרטענדיג אויף איהר רייהע. זי ויפ 


*) מיט עטלוכע יאָהר שפּעטער איז ער געקומען צו מיר ספעציעף 
צו ערקלערען, אז איצט פארשטעהט ער שוין, אז אוך האָב געהאַט 
רעכט... אזעלכע ערפאהרונגען האָב אוך געהאַט גאנץ אָפט. 


און ,פאָהווערטט" 209 


שיקען געלט אַחיים צו איהר ארימער מוטער. עס וערט גע" 
שילדערט איהר נעפיה? דערביי. ‏ די לעצטע ווערטער פון דעם 
פעליעטאָן זיינען: , אין אזא מאָמענט קוקען מלאכים ארונטער 
אויף איהר". | 

דערנאָך, איבערלעזענדיג דאָס אין ,פאָרווערטס", האָב איך 
צו זיך געזאָגט מיט שפּאס: פאר די מלאכים וועל איך אפשר 
מוזען אָפּנעבען דין וחשבון.,. עס איז אָבער אָפּנעגאנגען גלאַט... 

אין אַנאַנדער סקיצע פון דיזער אָפּטײילונג װערט דער- 
צעה?ט וועגען א מיידעל?, וואס איז נעקומען קיין אמעריקא, וואן 
איהר פאָטער איז נגעווען א באַריהמטער חזן. דער פאָטער אין 
געשטארבען, איידער זי אין נעקומען. ער פלעגט אריינזיננען 
אין פאָנאָגראפס (גראמאפאָנס), און איין מאָל, געהענדיג אי- 
בער קאַנע? פטריט, האָט זי דערקענט זיין שטימע מיט זיין אויס- 
שפּראך אין א רעקאָרד. עס ווערט פאָרגעשטעלט, וי זי שטעהט 
און הערט זיך צו... 

92 
דער טויט פון אוגוסט בעבעל. 

יענעם זומער, דעם 13טען אונוסט, איז אין צוריך נעשטאףי 
בען אוגוסט בעבעל, דער באַליבטער פיהרער פון די דייטשע סאָ- 
ציאליזדעמאַקראטען. דער , פאָרווערטס" האָט וועגען דעם באקו- 
מען א דעפעשע. אלאָ, איזן אונזער נעקסטער נומער געװען 
במעט איננאַנצען פארנומען מיט בעבעלען. צויי גאַנצע פּיו- 
דזשעס מיט שװאַרצע פּאַסען צווישן די קאָלומס, האָבען ענט- 
האלטען זיין ביאָגראפיע, א כאַראַקטעריסטיק און אנדערע אר- 
טיקלען ווענען איהם. דערנאָך האָב איך נעשריבען אַ סעריע 
ארטיקלען, פּערזענליכע ערפאהרוננען ווענען דעם געשטארבענעם 
פיהרער. 

9 
דער ביילים פּראָצעס. 

אין אָקטאָבער פון יענעם יאָהר איז אין קיעוו פאָרנעקומען 
דער בייליס פּראָצעס, וועלכער אין אויבען שוין דער- 
מאָנט געװאָרען. סיר האָבען איהם יעדען טאָג אָפּנע- 


200 בלעמער פון מוון לעבען 


געבען א סך פּלאַץ, ניט נאָר בשעת אין קיעון אין אֶנגעגאנגען 
דער טרייעל, נאָר אויך ואָכען און װאָכען שפּעטער. מיר האָבען 
באַקומען דעפּעשען פון רוסלאנד, אוֹן דערנאָך האָבען מיר ער- 
האַלטען קאָרעספּאָנדענצען טיילווייז פון א. ליטווין, אָבער הויפּט- 
זעכליך פון מ. אֶלְגִין. אֶלְנִין האָט אין יענע יאָהרען געוואוינט 
אין דער שוייץ און דעם פּראָצעס נופא האָט ער ניט ביינע- 
וואוינט. ער האָט זיך אָבער באַנוצט מיט פילע רוסישע און 
אידישע צייטונגען פון רוסלאנד און פּױלען, און פון די אלע 
באַריכטען און שילדערונגען פלענט ער צוזאמענשטעלען ביל- 
דער מיט אינטערעסאנטע איינצעלהייטען פון דעם, וואס איז פאָך- 
געקומען אין דעם קיעווער געריכט זאַל. דאָס אַלץ האָט ער 
געטאָן אויף א גלענצענדען שטיינער,. אָפּט פלענט זיינע אַ 
קאָרעספּאַנדענץ וועגען דער בייליס נגעשיכטע פארנעמען עטליכע 
קאָלומס, פול מיט פאַרבינע איינצעלהייטען, סצענקעס, בילדלעך, 
| דער עולם האָט דאָס אַלץ געלעזען מיט דעם טיפּסטען אינטערעס, 


מיר האָבען ערהאלטען דעם באַשולדינונגס אקט געגען ביי- 
ליס'ען א היבשע צייט איידער דער פּראָצעס האָט זיך אנגעהויבען, 
און אויה מאָרגען, נאָך דעם וי דער קיעווער פּראָקוראָר האָט 
דעם אַקט געלעזען אין דעם קיעװוער געריכטזא?, האָבען מיר 
איהם געדרוקט אין אן איבערזעצונג (ער האָט ביי אונז פאר- 
נומען פילע קאָלומס). שפּעטער האָבען מיר פון רו- 
סישע בלעטער איבערגעדרוסט פארשידענע וויכטיגע ארטיקלען 
וועגען דער קייס, --- װוי, צום ביישפּי?, אן אַרטיקע? צו גונסטען 

פון בייליס'ען, וועלכער איז ערשינען אין דער אנטיסעמיטישער 
צייטונג , קיעווליאנין", און וועלכער האָט דאַן געמאכט א גרוי- 
ספען רושם אין רוסלאנד, 


בייליס האָט געהאַט א שװעסטער אין פילאדעלפיא, און 
גלייך װי ער איז באַפרייט נעװאָרען, האָט ער צו איהר געשריבען. 
האָבען מיר געדרוקט אַ פאָטאָגראפיע פון דעם בריף, און אַ פאַ- 
טאַגראַפיע פון בייליס'ען נופא, וועלכע אונזער פילאדעלפיער פאָך- 
שטעהער האָט באקומען ביי זיין שוועסטער, 

מיר האָבען געגעבען א סך אַנדערע פּאַרטרעטען און ביל- 


און ,פאָרווערטם" 501 


דער אין פארבינדונג מיט דעם בלבול. אין סך הכ? איז די 
בייליס געשיכטע ביי אונז , געקאָווערט" געווארען אזוי ברייט און 
רייך, אז דער ,פאָרווערטס" איז דורך דעם גופא דאן געשטיגען 
אין צירקולאַציע. 


4 
געדאנקען אויף א קאַנצעױט פון איגנאץ פּאדערעווסקי. -- 
דער מויט פון מעיאר געינאָר. 


מיינע פעליעטאַנען ,פון אַ װאָרט אַ קװאָרט" זיינען פאָרט- 
געזעצט נעווארען,. איינער פוֹן זיי, צום ביישפּיל, וועלכער אין 
ערשינען דעם 4טען דעצעמבער, ניט איבער דעם געמישטען גע- 
פיה?, מיט וועלכען איך האָב בייגעוואוינט א קאָנצערט פון דעם 
באַריהמטען פּוילישען פּיאַניסט פּאדערעווסקי. 

איך האָב איהם מעהרערע מאָל געהערט אין ניו יארק מיט 
יאָהרען צוֹריק, ווען זיינע האָר זיינען נאָך געװען רויט; און 
איצט האָב איך איהם געהערט, ווען ער איז שוין געווען אן אַלְ- 
טער מאַן מיט האר ווייס װי מילך. געשפּילט האָט ער אַלץ 
וואונדערבאַר אין דעם פעליעטאָן באַשרײיב איך דעם איינדרוס, 
װאָס זיין שפּילען מאַכט איך דערצעהל אָבער, אז צו דעם דאָ- 
זיגען קאָנצערט בין איך געגאַנגען מיט אַ זאָנדערבארען געפיהל, 
װאָרים פּאדערעווסקי האָט דאַן זיך געלאָזט קאָסטען היבשע סו- 
מען צו שטיצען די אנטיסעמיטישע צייטונג ,דװאַ גראַשא". איך 
האָב פאָרגעשטעלט די ווירקונג, װאָס זיין נעטליכע מוזיק האָט 
געמאכט אויף מיר, און וי אזוי צו דערזעלבער צייט האָט אַ 
װאָרעם געגריזשעט מיין האַררץ,. דער פעליעטאָן באַשטעהחט הויפּט- 
זעכליך אין דער שילדערוננ, װוי אזוי עס פּלאָנטערען זיך די דאָ- 
זינע צוויי געפיהלען.*) 

* * '* 


*) וענער טור פּאַדארעװסקי'ט איבער אַמעריקא אוז געווען אַ 
גרויסער דורכפאַל. דאָס האָט מים אוהם פּאַסירט דאָס ערשטע מאַל. 
ער איז געווען זעהר באליבט און אַמעריקא. זיין נאָמען איז געוען 
זעהר גרויס. אין איצטיגען דורכפאַל האָט ער באשולדיגט די אידען, 
און דערביו האָט ער געלויקענט, אַז ער אוז אַן אַנטיסעמוט. 





202 בלעמער פון מוון לעבען 


דעם 11טען נאָוועמבער פון יענעם יאָהר איז די גרויסע סענ- 
סאַציאָנעלע פּאַסירונג אין די אמעריקאנער בלעטער געווען דער 
פּלוצלונגדיגער טויט פון וויליאם דזש. געינאָר, דער מעיאר פון 
דער שטאָדט ניו יארק, ער אין געשטארבען פאָהרענדיג אויף 
א שיף פון ניו יארק קיין ענגלאנד, 

רי דעפּעשע ווענען זיין טויט אין געקומען פון זיין זוהן, 
| וועלכער האָט איהם באַגלייט אויף דער רייזע. 

פריהער איז געינאָר געװוען א דזשאָדזש פון דעם סופּרים 
קאורט (א ריכטער פון דעם העכערען געריכט),. אלס קאַנדידאַט 
אויף מעיאר האָט איהם אַרויסגעשטעלט טעמעני האָל, צו איהר 
קאָרופּטער אָרגאַניזאציע האָט ער אָבער קיינמאָל ניט נעהערט. 
ער איז געווען איינער פון די פעהינסטע און אינטערעסאנטסטע 
פּערזענליכקייטען אין דעם פּאַלִיטישען לעבען פוֹן די פאראיי- 
נינטע שטאַאַטען, מיט עטליכע יאהר פריהער האָט ער געצויגען 
אַ סך אויפמערקזאמקייט מיט דעם קרעפטינען און מוטינען קאמף, 
װאָס ער האָט אָנגעפיהרט אלס ריכטער געגען דעם קאָרופּטען 
פּאָליטישען הערשער פון קאני איילענד, װעמען ער האָט ענד- 
ליך פארשיקט אין געפענגניס. ער איז געווען אן אַריגינעלער, 
קרעפטיגער מענש פיט אַ שטארקען יושר-געפיה?. ער האָט 
פאַרשטאַנען די וועלט און האָט געהאַט אינטערעסאנטע געדאנקען. 

אונגעפעהר אין דיזען זין איז דאַן געווען געשריבען דער 
לייטיאַרטיקעל אין ,,פאָרווערטס", 


(: 
דער טויט פון אליקום צונזער. 


דעם 928טען פעפּטעמבער איז געשטארבען דער בארימטער 
פאָלקס פּאָעט און אַמאָליגער בדחן אליקום צונזער, אין דעם על- 
טער פוֹן 78 יאהר. סיר האָבען אין , פאָרווערטס" געדרוקט 
זיין ביאָנראפיע, הויפּטזעכליך וי זי איז נעשריבען געווען פון 
איהם אַליין. 

אלס בדחן, האָב איך איהם אמאָל געהערט אויף א חתונה 
אין ווילנע, און דאָרטען האָב איך מיט איהם אויך נעהאָט אַ 
נעשפּרעך (זעה 1-טען באַנד, פּיידזשעס 809-860), שפּעטער, אין 


אין ,פּאָרװוערטס" / 208 


ניו יאָרק, זיינען מיר באַקאַנט געװאָרען נעהענטער (זעה 2-טען 
באַנד, פּיידזש 407-406). 

אין נאָוועמבער האָבען מיר דאָ געהאט אַ גאַסט, פיליפּ שיי- 
דעמאן, איינער פון די וויכטינסטע פיהרער פון דער דייטשער 
סאַציאל-דעמאָקראטישער פּארטיי, וועלכען איך האָב מיט אַ יאהר 
פריהער געזעהן אין בערלין (זעה אויבען, פּיירזש 232), ער האָט 
באַזוכט אונזער אֶפיס,. סיר זיינען באקאנט נעווארען, און איך 
האָב איהם איינגעלאדען צו ווערען אונזער קאָרעספּאַנדענט אין 
דייטשלאנד. 

ארום יענער צייט האָבען מיר נעפייערט דעם פערצינ-יאהרי- 
נען יובילעאום פון דער רעװאָלוציאָנערער טעטינקייט פון דעם 
באַריהמטען רוסישען רעוואלוציאנער לעאָ דייטש, 


6 


אַ באַזוך אין קענעדע. -- מאַנטרעאל און מאָראָנטאָ. -- 
די פּראַנצויזען און די ענגלענדער. 


קענעדע האָב איך שוין פריהער באַזוכט, אָבער ניט איהרע 
צוויי וויבטינסטע שטעדט, מאָנטרעאל און טאָראָנטא, דארטען 
בין איך צום ערשטען מאָל געווען איצט, אין דעם ווינטער פון 
32, -+מאָנטרעאל איז פאר מיר געווען אן איבערראַשונג. איך 
פלעג זיך אימער פאָרשטעלען, אַז אין אַלץ איז זי א פראנצויזישע 
שטאָדט מעהר וי אַן ענגלישע. מיט אַ יאהר פינף-און-צוואנציג 
צוריק פלענ איך הערען, אַז מייסטע סאַינס (שילדען, וויוועסקעס) 
זיינען דאָרטען אויף פראנצויזיש. פילע זיינען געווען אויף ענג- 
ליש אויך, אָבער אַז אַ סאֵין זאָל זיין בלויזן אויף ענגליש אין 
מאָנטרעאל, אין דאן נעווען א גרויסע זעלטענהייט. דיזער 
איינדרוק איז ביי מיר פארבליבען. איך האָב געמיינט, אז איצט 
איז אויך אזוי, ‏ אין דער אמת'ען אָבער האָב איך אויף ביידע 
שפּראכען נעפונען זעהר ויינינ סאינס, און אויף פראנצויזיש 
אליין נאָך וויינינער,. אין דעם האַנדעלס צענטער, וואו עס גע- 
פינען זיך די גרויסע האָלסײל נעשעפטען און באַנקען, האָט מען 
א פראנצויזישע שורה קוים באַגעגענט,. אורטיילענדינ לויט די 
אויפשריפטען אויף די געשעפטען, האָט מען באקומען אַן איינ- 


אצ / בלעטער פון מוון לעבען 


דרוק, אז עס אין אן עננלישע שטאָדט, וועלכע האָט א געוויסע 
צאָהל פראנצויזישע איינוואוינער אויך, ווערענד אין דער אמת'ען 
האָט מאָנטרעאל געהאט א סך מעהר פראנצויזען וי ענגלענדער. 

מען דארף האָבען אין זינען, אז הגם די עננלענדער האָבען 
קענעדע שפּעטער איינגענומען און צונענומען, איז דאָס לאַנד נע- 
בליבען פאָלשטענדיג פריי אוֹן אוננעשטערט אין דעם װאָס 
איז ניט שייך צו עקאָנאָמישע פראַנען, וי דאָס אין מיט 
אלע ענגלישע קאָלאָניעס,. די עננלישע רעגירונג צוויננט זיי ניט. 
זי לאָזט זיי פיהרען זייער איינענעם נאַציאָנאלען לעבען. אָבער 
די ענגלענדער פון קענעדע וואקסען אימער אין באדייטונג און אין 
מאַכט, ווערענד די דארטיגע פראנצויזען פארלירען זייער בא- 
דייטונג. 

אלס רעזולטאָט אין מאָנטרעאל, די גרויסע פראנצויזישע 
שטאָדט, אין 1918, פון דרויסען, ויינינסטענס, שוין געווען א 
סך מעחר עננגליש וי פראנצויזיש, 

מאָנטרעאל איזן גרעסער פון טאָראָנטאָ, וועלכע אין אין 
גאַנצען ענטוויקעלט געװאָרען פון די עננלענדער; און מאָנט- 
רעאָל האָט מעהר אינוואוינער (די באַפעלקערונג פון 
דער ערשטער אין דאן. געװען אומנעפעהר 8000000 
און פון דער צווייטער -- 400,000), און דאָך האָט מאָנט- 
רעאל אויסגעזעהן קלענער; זי האָט אויסגעזעהן מעהר פון 
טאָראָנטאָ וי אַ פּראָווינץ שטאָדט, װי אַן אויסגעװואַקסענע קליין- 
שטעדטעל. וען מען געהט דורך די ויכטינסטע נאסען פון 
טאָראָנטאָ, דורך דעם מיטעל-פּונקט פון שטאָדט, דוכט זיך, אז 
מען געפינט זיך אין אַזא שטאָדט, וי שיקאנאָ, אָדער סט. 
לואיס, וויינינסטענס; וען מען געהט דורך די הויפּט-גאסען 
פון מאָנטרעאל, באקומט מען דעם איינדרוק, אז די שטאָדט אין 
פיל קלענער, אָרעמער און ווייניגער וויכטיג, וי זי איז אין דער 
אמת'ען. טאַראַנטאַ אין אן עכט-אמעריקאנישע שטאָדט, פון 
'פראַנצויזישע סאַינס איז דאָרטען כמעט קיין שפּור ניטאָ. 

אין מיין שילדערונג פון מאָנטרעאל אין 1918 געפינען זיך 
די פאַלנענדע שורות : ' 

,פאַרװואָס ווייזט אַייך אויס די גרעסערע שטאָדט קלענער, 


און ,פּאָרווערטס" 205 


פארצייטיגער ? די אורזאכע דערפון דארפט איהר פאנג ניט 
זוכען, איהר געפינט איהר גלייך אין מיטען שטאָדט; איהר 
זעהט איהר אין דער פאָרמע פון אַ גרויסער קאַטױלישער קירכע 
(,נאָטר דאַם?), אין רעכטען צענטער פון די ביזנעס נאַסען. וואו- 
הין איך בין געגאנגען, דורך וועלכע גאסען איך האָב שפּאַ- 
צירט, איז מיר אַלְץ אויסנעקומען פארבייצונעהן דיזע קירכע: 
און ווען איך האָב זיך דערמאַנט אָן דעם לעבען אין מאָנטרעאל, 
אָן דער געשיכטע פון מאָנטרעאל, האָב איך אין דער דאָזיגער 
קירכע געזעהן דעם קוואל פון דעם חושך, וועלכער איז פאר- 
שפּרייט איבער דער נאנצער שטאָדט, 


פּראַנצויזען האָט די שטאָדט א היבשע ביסעל מעהר וי 
ענגלענדער, און איבער זיי הערשט די קאַטױלישע קירכע מיט 
א שטיקענדער מאכט. דער פראנצויזישער טייל פון קענעדע איז 
א פאַרנליווערטע שטיק פאַרנאַנגענהײט. דער פאָרטשריט, וואס 
די אייראָפּעאישע פראנצויזען האָבען געמאכט אין די לעצטע 
פּאר הונדערט יאָהר, איז צו זיי במעט ניט דערגאַנגען. זיי ליגען 
נאָך אַלץ אין דעם פינסטערען תהום, וועלכער האָט אין אי" 
ראָפּא געהערשט אין מיטעלאלטער. דער ארטשבישאפּ (דער 
הויפּט קאַטוילישער נלח) פון מאַנטרעאל הערשט איבער די 
נשמות פון די דאָרטינע קאַטאָליקען מיט אַ דעספּאָטישער דעה. 
ער לאָזט ניט צו קיין פרייען װאָרט, ער שליסט אויס יעדען 
שטראַל פון ליכט, אָפיציעל האָט מען דאָרטען רעדע-פרייהייט 
און פּרעסע-פרייהייט; אין דער אמתען אָבער געפינט זיך 
די שטאָדט אונטער דעם יאך פון אן ערנערער צענזור, וי די 
רוסישע, ‏ ער דארף בליז געבען אַן אָנצוהערעניש, אזן מען 
טאָר ניט, און אַ פּיעסע קען ניט געשפּילט װערען, א בוך קען 
ניט פארקויפט וערען, א ביבליאָטעק אָדער סקול סון צונע- 
מאכט ווערען,. דער אַרטשבישאפּ רענירט איבער זיינע פראנצוי- 
זישע קאַטאָליקען מיט'ן חרם, וועלכער איז אָפּט א מעכטיגערע 
וואפע, װוי שווערדען, ביקסען אָדער תליות. ווען ער ליינט 
א זאַך אַריין אין חרם, פאָלגט איהם די קאַטױלישע באפעלקע- 
רונג, און דער באִיקאָט אין א פאָלשטענדינער. 

;אָט, צום ביישפּיל, האָט מען אין מאַנטרעאָל געפּרואװוט 


208 בלעטער פון מוון לעבען 


שטעלען די באריחמטע אָפּערא , לואיז", וועלכע האָט געהאט אַ 
גרויסען ערפאָלנ אין פּאַריז און איבער דער גאנצער וועלט. דער 
אַרטשבישאפּ האָט אָבער ערקלערט, אז די פּיעסע איז ניט קיין 
פרומע, און עס האָבען ניט געהאָלפען קיין טענות. מען האָט 
איהר געמוזט אראָפּנעמען פון דער ביהנע. , טאַאיס/, א צוייטע 
באַריהמטע אָפּערא, האָט געהאַט אן עהנליכען שיקזאל, 


,איך האָב געקוקט אין די פענסטער פון פראנצויזישע 
בוך-געשעפטען, און אין ערנעץ האָב איך ניט געזעהן קיין איינ- 
צינגען ווערק. פון דער היינטינער פראַנצויזישער ליטעראַטור, װאָס 
האָט אן אמת'ען ווערט. מעהר וי רעליגיעזע ביכער און שונד- 
ראָמאַנען געפינט איהר דאָרטען ניט. ווען א בוך-סטאָר װאָלט 
געהאלטען בעסערע ראָמאַנען, װאָלכט מען איהר ארייננעלייגט 
אין חרם, און דאָס הייסט, אז זי װאָלט זיך געמוזט צומאכען. 
דעם שרייבער'ס א באַקאַנטער, וועלכער האַלט אַן עננלישע בוך- 
סטאָר אין מאָנטרעאל?, האָט אויסנעשריבען געוויסע וויסענשאפט- 
ליכע ביכער פון אייראָפּא, האָט מען זיי פארברענט אין קאָס- 
טאָם הויז אלס ,אונמאָראלישע". עס גלויבט זיך קוים, עס 
איזן אָבער א ביטערער אמת. די קאָסטאָם הוין לינט אונטער 
דעם פארוויסטענדען איינפלוס פון דער קאַטוילישער קירכע. 


אין מאָנטרעא? געפינען זיך איינינע פראנצויזען פון פראנק- 
רייך. אָבער אויף זיי קוקט מען קרום; ואָרים אין פראנק- 
רייך עקזיסטירט א , צו פרייער" נייסט. אלזאָ, האָט דער ארטש- 
בישאפּ מורא פאר דיזע פראנצויזישע אימינראנטען, אזוי װוי דער 
רופישער דעכפּאָט האָט מורא פאר אידען. ער ציטערט, טאָמער 
וועלען די פראנצויזען פון קענעדע זיך אָננעמען ביי זיי , די היינ- 
טינע געדאנקען?. די אונטערשטע שורה איז, אז דיזע פראןנ- 
צויזען פון פראנקרייך וואוינען אין מאָנטרעאל מייסטענס אין 
א באַזונדערען קווארטאַל, אזוי װוי פארפּעסטעטע, וועלכע מען 
האַלט אין קאַראַנטין. 


,די ענגליש-ריידענדע מאָנטרעאלער זיינען דאָס רוב אויך נע- 
נוג רעליניעז און אבערגלויבינ, אָבער זיי זיינען דאָך פּראטעס- 
טאַנטען, פריי פון די שווערע, פאַרראָסטעטע קייטען פון רוים'ס 


אין ,פאָרווערטס" 207 


הערשאַפט, אלזאָ, זיינען זיי פי? פאָרטגעשריטענער און ציינען 
ארויס פיל מעהר סמנים פון לעבען, 


,מען מוז צוגעבען, אַז ענגלענדער זיינען סתם טעטיגער און 
מיט מעהר אונטערנעמונגס-גייסט װוי פראנצויזען. זייערע קאָ- 
לאָניעס זיינען אימער געווען א גרעסערער ערפאָלג וי די פראנ- 
צויזישע, אָבער די קאַטוילישע קירכע אלם א שטערענדע מאכט, 
שפּילט דאָ יעדענפאַלס אן אונגעהויערע ראָלע. 

, די צוויי נאַציאָנאליטעטען לעבען פּאזונדער; איין טייל 
פון שטאָדט איז פארנומען מיט די פראנצויזען, די אַנדערע מיט 
ענגלענדער, און מען דארף זיך נאָרניט צוהערען צו די שפּראכען 
פון גאַס, אום גלייך צו זעהן, וואס פאר א פאלק עס ואוינט 
אין דעם אָדער אין יענעם געגענד, די פראנצויזישע נאסען זיי- 
נען פיל אָרעמער, אפּנעלאָזענער, װוי די ענגלישע. די שענסטע 
הייזער, די ציכטיגסטע און מאָדערנסטע קווארטאַלען זיינען בא- 
זעצט פון די, וואס זייער שפּראך איז ענגליש. איבערהויפּט זיינען 
כמעט אלע גרויסע געשעפטען פון מאָנטרעאל? אין די הענט פון 
די עננלישע. 

,די פראנצויזען באַמיהען זיך אויפצוהאַלטען זייער פראנ- 
צויזישען גייסט דער פראנצויזישער נאַציאנאליזם פון קענעדע 
איז אָבער אַ רעליניעזער, א קאַטױילישער נאַציאָנאַליזם. מיט 
אַנדערע װוערטער: דעמזעלבען ניפט, פון וועלכען דער חולה 
ליידט, גיט מען איהם איין אלס אַ רפואה, װאָס זאָל איהם 
ראַטעוען. 

, דיזער נאַציאנאַליזם איז אויך פארבונדען מיט אַנטיסעמי- 
טיזם; דאָס איז אָבער דער געוויינליכער קרעמערשער אנטיסע- 
מיטיזם, דער נעפיה? פון מענשען, וועלכע האָבען פיינט דעם 
אידען, וויי? ער איז פעהינער צו ביזנעס, וי זיי. דאָס איז דער 
אידען-פיינדליכער נעפיה? פון מענשען, ביי וועלכע די קאַטױ- 
לישע קירכע האָט אויסגעטריקענט זייער לעבענס-זאפט." 

כמעט אלע פּאַליסלייט אין מאָנטרעא? זיינען פראנצויזען. 
אָבער דאָס איז בלויז דערפאר, װאָס דעם ענגלענדער לוינט זיך 
ניט אַזאַ דזשאָב. ער קען פארדינען פי? בעסער. צוליב דער- 
זעלבער אורזאכע זיינען אַלע פּאָליסלייט פון טאָראָנטאָ אימינראנ- 


08 בלעטער פון מוון לעבען 


טען פון ענגלאנד אָדער פון סקאַטלאַנד, די עננלענדער, ואָס 
זיינען געבוירען אין קענעדע האָבען בעסערע באשעפטיגונגען. 

טאָראַנטאָ וואקסט שנעל. מען רופט איהר די שיקאנאָ פון 
קענעדע. און זי איז אבסאָלוט אן אַמעריקאנער שטאָדט, װוי אלע 
גרויסע שטעדט פון די פאראיינינטע שטאַאַטען. די עננלישע 
אויסשפּראך איז דאָרטען נים וי אין עננלאנד, נאָר וי אין די 
פאראיינינטע שטאַאַטען, איבריגענס איזן דאָס די אויסשפראך 
פון אלע קענעדער, װאָס ריידען עננליש. 


7 


ברודער-קריג אין דער , אינטערנעשאָנעל" (קלאָוקמאַכער 
יוניאָן). -- יצחק אייזיק חורוויטש, פיהרער פון 
קאַמף. -- עהנליכקייט צו דער געשיכטע מים 
דעם שניידער סטרייק. 


אין יענע מאַנאַטען איזן אין דער קלאָוקמאַכער יוניאָן (פאר- 
באַנד פון מאַנטעל-מאַכער, דאַמסקע שניידער) פאָרגעקומען 
אַ צוזאַמענשטויס, װאָס אין געװען איינע פון די בולט'סטע 
פּאַסירונגען אין דער געשיכטע פון דער יוניאָן. און װוי מיךר 
האָבען באמערקט פריהער, האָט זי געהאָט אן אינטערעסאנטע 
עהנליכקייט צו דעם ברודער-קריג ביי די מענער-שניידער, 


אָבער צוערשט אַ פּאַר ווערטער וועגען דעם נאָמען, , קלאָוק- 
מייקער (אָדער קלאָוקזמאַכער) יוניאָן" פלענט מען די אֶרנאַני- 
זאַציע רופען אין פריהערדיגע צייטען, ווען זי אי ווירקליך גע- 
ווען אַ פערבאַנד בלויז פון די װאָס האָבען געאַרבײיט ביי פרויען 
מאַנטלען, איצט האָט זי שוין אַרומנענומען די נאַנצע דאַמען- 
קליידער אינדוסטרי. דער גרויסער פאַך פון דרעסס-מייקערס. 
למשל, דאָס הייסט פון די װואָס מאַכען די פערשידענע קליידער 
װאָס דאַמען טראָגען אונטער זייערע מאַנטלען, אין שטוב, אָדער 
ווען זיי נעהען צוגאַסט אָדער אויף אַ באָלל, אָדֶער זומער 
אויפ'ן גאָס אין שוין געװען אַ טייל פון דער זעלבער 
יוניאן. 

די דאָזיגע אַלנעמיינע יוניאָן האָט איצט געהאַט צוויינען אין 


אין ,פאָרווערטס" : 509 


שיקאַנאָ, קליװולאנד, באָסטאָן, פילאדעלפיא, לאָס אַנדושעלאס 
און אויך אין קענעדע. און זי האָט נעהערט צו דער גרויסער 
פעדעראַציע פון אַמעריקאַנער יוניאָנס ,די אַמעריקען פעדע- 
ריישאָן אוו לייבאָר", איהר אָפיציעלער נאָמען איז ,די אינ- 
טערנעשאַנעל ליידיס נאַרמענט װאָירקערס יוניאָן? (די װניאָן 
פון די װאָס מאַכען פאַרשידענע דאַמען-בנדים פון די פער- 
אייניגטע שטאַטען און קאַנאַדא), פון קורצקייט ווענן רופט מען 
די יוניאָן פּשוט ,די אינטערנעשאָנעל?, דער נרויסער אידישער 
עולם אָבער אין נאָך אַלץ צונעוואוינט צו דעם אַלטען נאָמען: 
,קלאָוק מאַכער יוניאָן", 

איצט ווענען דעם ברודער-קרינ. 

דער צענטער פון דעם קאמף איז געווען יצחק אייזיק הור- 
וויטש (זעה 8-טען באַנד, פּיידזש 177 און פּאָרטרעט אין 4טען 
באַנד ביי פּיירזש 486), וועלכער איז דאַן געווען א וויכטיגער בע- 
אַמטער (טשיף קלוירק) אין דער ניו יאָרקער אפּטײילונג פון דער 
יוניאָן, געהאַנדעלט האָט זיך וװוענען דעם ,פּראַטאָקאָל", דאָס 
הייסט, וועגען דעם אָפּמאַך, װאָס אין נעשלאָסען געװאָרען אין 
0 +צווישען דער יוניאָן און דעם פאַרבאַנד פון די קלאָוק 
פאַבריקאַנטען מיט'ן צוועק אויסצומיידען סטרייקס, 

אלס רעזולטאָט פון דעם דאָזינען אָפּמאך האָבען עקזיסטירט 
צוויי קאָמיטעס. איינע האָט געהייסען , באָארד אֶוו גרוענם" 
(א קאָמיטע אויסצוהערען קלאגען), און די צווייטע -- , באָארך 
אָוו אַרביטרײישאָן?" (שידעס-געריכט). וען עס האָט זיך נע- 
מאכט א קלאנע נענען די באַלעבאַטים פון א שאפּ, און זי האָט 
ניט געקענט נעסעטעלט ווערען פון ביידע צדדים אין דעם שאפּ 
גופא, איז זי איבערגענאַנגען צו דער , באָאַרד אָוו גריווענס". דיזע 
קאָמיטע האָט נגעהאָט א גנלייכע צאָהל? פאָרשטעהער פון ביידע 
צדדים --- פון דער יוניאן און פון דער מאנופעקטשורערס אסאָ- 
סיאיישאָן ; אויב דיזע באָאַרד האָט ניט געקענט אויסנלייכען 
דעם סכסוך, איז די קייס איבערנעגאננען צו דער באָארד אֶוו אר- 
ביטריישאָן. דאָרטען אין אַחוץ די פאָרשטעהער פון ביידע 
צדדים שוין אויך געווען אן אומפּאַרטיאישער פאָרזיצער. דיזע' 
קאָמיטע האָט שוין יא גע'פ9סק'ענט, און איהר פּסק 


210 | בלעטער פון מוון לעבען 


האָבען געמוזט פאָלנען ביידע זייטען. די ,באָארד אָון אַר- 
ביטריישאָן? איז, אלזאָ, געווען דער העכערער קאורט, דער קאורט 
אֶוו אפּילס (אפּעלאציאנס געריכט), 


הורוויטש איז ארױיסנעטראָטען געגען נגעוויסע פּונקטען אין 
דעם פּראָטאָקאָל און געגען דעם אַרט, וי אזוי דער אָפּמאך אין 
דורכגעפיהרט געווארען אין דער פּראקטיק, איהם האָט נע- 
שטיצט דער אפּערײיטאָרס לאָקאל 1, דער גרעסטער ברענטש פון 
דער יוניאן אין ניו יארק. טעאָרעטיש זיינען מיר מיט געוויסע 
פּונקטען פון הורוויטש'עס קריטיק געווען איינפאַרשטאנען. סיך 
זיינען אבער אַבסאָלוט ניט געווען איינפאַרשטאַנען מיט זיין טאַק- 
טיק. 


דער צוועק פון דעם פּראָטאָקאָל אין געווען אויסצומיידען 
בייזע צוזאמענשטויפען, דורך דעם, װאָס מען װעט זיך באַ- 
מיהען אויסצוגלייכען סכסוכים אויף א פרידליכען שטיינער, וועה- 
רענד חורוויטש האָט געפאָדערט קעמפערישע מעטאָדען. זיין 
פּאָליסי האָט זיך געצוינען אין דער ריכטונג פון קריגערייען 
און ערביטערונגען. זיין גאנצע שטעלוננ צום פּראָטאָקאָל איז 
געווען א קריגערישע. הורוויטש אין געווען אן אויסנעשטו- 
דירטער לאִיער. און די פיהרער פוֹן דער נאַנצער , אינטערנעשאַ- 
נעל? פלענען זאָגען, אַז ער באַטראַכט די יוניאָן, װי אַ לאַ- 
יער באַטראַכט זיין קליענט. דאָס הייסט, אז זיין אויפנאבע אין 
צו פאַיטען (קעמפען), אַזױ וי אַ לאיער פאַיט אין קאָורט. 

אַלע פעלערען, אויף וועלכע ער האָט אָנגעוויזען, האָבען נע- 
זאָלט פאָרגעבראכט ווערען אויף קאָנפערענצען פוֹן ביידע צדדים, 
מיט'ן צוועק צו האָבען ערנסטע דעבאַטען ווענען זיי. ביי יע- 
דען פּונקט װאָלטען די פאָרשטעהער פון די ארבייטער נעמאָ- 
דערט די רעכטע פון דער יוניאן, אָבער אלץ אויף דעם דאַ- 
זינען שטיינער -- צו האָבען אַ העפליכע דעבאַטע און ניט 
לכתחילה אריינצוברעננען א טאָן, וועלכער װאָלט געפיהרט צו 
דער פאַרניכטונג פון דעם פּראָטאָקאָל און צו סטרייקס. 


אָט דיזען אונגעווינשטען טאָן האָט הורוויטש ארייננעבראכט, 
און דאָס האָט אַרויסגערופען די אומצופרידענהייט פון דעם מאַ- 


אין ,פאָרווערטט" 211 


נופעקטשורערס צד. עס איז געוואקסען די נעפאהר, אז דער 
פּראָטאָקאָל זאָל אָפּגעבראכען װערען. / 

זיין קעמפערישע פּראָנראַם האָט געהאט א רעװאַלוציאָנערען 
אָפּקלאַנג אין זיך, און דאָס האָט אַפּעלירט צו די מאסען. הור- 
וויטש איז דורך דעם פּאָפּולער געווארען. די פאראַנטװאָרטליכע 
בעאמטע פון דער יוניאן האָבען ערקלערט, אז זיין טאַקטיק איז 
א װידערשפּרוך צו דעם זין פון דעם פּראָטאָקאָל, צו זיין גאנ- 
צען עיקר. 

דער , פשָרװוערטס" האָט פאר הורוויטש'ען געעפענט זיינע 
קאָלומס, און ער האָט ביי אונז געגעבען זיינע ארנומענטען. 
די פיהרער פון דער יוניאן האָבען אויך נעהאַָט דאָס װאָרט, 
אויף דיזען ארט אין ביי אונז אָנגענאנגען א בריףוועקסלוננ 
צווישען הורוויטש'ען און זיינע געננער: א. ראָזענבערג, דער 
דאמאלסדינער פּרעזידענט פון דער יוניאן; מאיר לאָנדאָן, דער 
לאִיער און גייסטינער פיהרער פון דער יוניאן; ווישניאק, דער 
סעקרעטער פון דער פּראַטאָקאָל אָפּטיילונג פון דער דזשאינט 
באָארד, און מאָריס זינמאַן, וועלכער איז דאן געווען דער סעק- 
רעטער פון פּרעסערס לאקאל 38 און װייס-פּרעזידענט פון דער 
יוניאן. 

די דזשאִינט באָארד (דער פּאַרלאמענט פון די פארשידענע 
לאָקאַלס פון דער , אינטערנעשאַנעל? אין דער שטאָדט ניו יאָרק) 
איז צוערשט נעווען פריינדליך צו הורוויטש'ען, דערנאָך האָט 
הורוויטש'עס טאַקטיק ביי א מאַיאריטעט פון די דעלענאַטען 
אַרויסגערופען א געננערישען געפיה? צו איהם. אַלזאָ, האָט 
הורוויטש דאן גענומען פאָדערען, אז די יוניאן זאָל איהם בא- 
פרייען פון דעם קאָנטראָל, װאָס די דזשאינט באָארד האָט 
איבער איהם, אזוי אז ער זאָל זיין פאַלשטענדינ אונאָפּהענגינ, 
און אז די פראנע ווענען דעם זאָל באשטימט ווערען דורך א רע- 
פערענדום. דער לאקאל 1 האָט דיזע פאָדערונג הורוויטש'עס 
אונטערשטיצט, און די מאַסען פוֹן דער יוניאָן האָבען אויך דאָס 
רוב אויסגעדריקט סימפּאַטיע מיט זיין פאַרלאַנג. גענען זיין 
פאַדערונג איז געווען דער ריפער מייקערס לאָקאַל 17, 

דער ,פּארווערטס" האָט אין דיזען פּונקט ענטשידען גע- 


219 בלעמער פון מיון לעבען 


שטיצט די מיינוננ פון הורוויטש'עס געגנער.*) דער , פאָרווערטס" 
פון 12טען דעצעמבער האָט ענטהאַלטען א דאָפּעלטען לייט-אר- 
טיקעל, וואו דיזער שטאַנדפּונקט ווערט אויסגעדריקט און גרינד- 
ליך ערקלערט, 


וי געזאָנט, האָט הורוויטש'עס קרינערישע שטעלונג אַפּע- 
לירט צו די מאסען. אין פאַרליף פון יענע מאָנאַטען איז ער 
געווען די גרויסע בולט'ע פינור אין דער אינטערנעשאַנעל?. 
צו שטעלען זיך נעגען איהם אין געװוען ניט קיין פּאָפּולערער 
שריט. אזעלכע זאכען האָבען אָבער אונז קיינמאָל ניט אָפּנע- 
האלטען פון טאָן אונזער פליכט, 


מיר האָבען געוואוסט, אַז די יוניאָן איז ניט שטאַרץ גענוג 
און ניט אייננעפונדעװועט גענונ, אן עס זאָל זיך איהר לוינען 
אָפּצוברעכען דעם אָפּמאַך מיט די מאַנופעקטשורערס. וען זי 
װאָלט דאַן געווען אן אמת-קרעפטינע אָרגאַניזאציע, װאָלט זי 
זיך אין דעם פּראָטאָקאָל ניט גענויטינט. זי װאָלט געקענט די 
באַלעבאַטים באַקעמפען, הגם אפילו אין אזא פאַל? אין אויך 
זעהר ראַטזאַם צו מאַכען אַן אַנרימענט מיט די מאַנופעקטשו- 
דערס, דורך וועלכען מען זאָל קענען אויסמיידען סטרייקס, 
סטרייקען לשם סטרייקען ברעננט קיינעם קיין נוצען ניט, און 
די פאראיינינטע מאכט פון די ארבייטער קען ארויסגעויזען 





*) דר. רובין'ס געשוכטע פון דעם קלאוק טרווד (אויף ענגליש) 
(,, דה! ווימען'ס גאַרמענט װאָרקערס") זאָגט, אויף פּיודוש 266, אז דער 
, פאַרװוערטס? האָט און דיזען קאמף זיך געהאלטען ביי אן אונפאר- 
מויאישער פּאָלוסי, כדי נים צו פארלורען זיין אוונפלוס. עס איז דוים- 
לוך, אז דער פארפאסער פון דיוער ווערק האָט ניט געלעזען די נומערען 
, פּאָרווערטם", וועלכע זיינען ערשינען אין דער ציוט פון דעם שטור- 
מוגען קאמף וועגען וועלכען דאָ האנדעלט זיך. מיר זוונען געווען די 
װואָרט-פיהרער פון דעם אנטו-הורוויטש-צד. 

דאָס בוך ענטהאלט א סך רוכטיגע אָנװוייזונגען, אָבער נום ווו- 
ניגער מעות'ען און פאַלשע שלוסען. 

דער גאַנצער גויסט פון דעם ווערק איז דורכגעדרונגען מוט א 
פּאַרטוואישען אוונפלום, און עם איז קענטוג אַז קוין אינערליכע 
בעקאַנטשאַפט מיט דעם לעבען פון דער וונואָן האָט דער פערפאַסער 
ניט געהאַט. 


אין ,פּאָהווערטט" 218 


ווערען מיט אזא אֶפּמאַך נאָך בעסער וי אֶהן דעם. ווען קא- 
פּיטאליסטען ווייסען, אז די ארבייטער זיינען גוט אָרגאַניזירט, 
האָבען זיי קיין חשק ניט אזא אָפּמאַך אָפּצוברעכען. אונזער מיי 
נונג איזן געווען, אז מען דארף מאכען פארבעסערונגען אין דעם 
שטיינער, װי אזוי סכסוכים צווישען ארבייטער און מאַנופעק- 
טשורערס וװערען אויסנעהערט און אויסגענליכען אויףה דעם 
גרונט פון דעם פּראָטאָקאָל, אָבער אן אפּצוברעכען דעם פּראָ- 
טאָקאָל אין א צו גרויסער לוקסוס פאר דער יוניאן. 

די דזשאינט באָאַרד האָט צוערשט זיך ענטשידען געשטעלט 
גענען דעם רעפערענדום, אָבער אונטער דעם דרוק פון הור- 
וויטש'עס פּאָפּולאַריטעט איז זי געצוואונגען געווארען דאָס נאָכ- 
צונעבען, דער רעפערענדום איז, אלזאָ, פאָרגעקומען. הורוויטש 
האָט נעוואונען מיט א ריינער מאַיאָריטעט (60999 שטט- 
מען נענען 1948). ער אין געווארען א פאָלשטענדיגער דיק- 
טאַטאָר פון דער יוניאן. דאָס אין געװען אין מיטען דעצעם- 
בער, 1913. 

8 


דער קאַמף ווערט שארפער. 


ווען עס איז אָבער נעקומען צו דער פּראקטישער זייט פון 
דער פראנע, האָט זיך ארויסגעצייגט, אז הורוויטש קען זיך מים 
זיין זיג ניט באַנוצען. ער האָט אָבגעביסען מעהר װי ער האָם 
געקענט אַראָפּשלינגען. די בעלי בתים האָבען ערקלערט, אַז מיט 
הורוויטש'ען פארהאנדלען ביי געמיינשאַפטליכע קאָמיטעס קענען 
זיי ניט הורוויטש'עס אָנהענגער, און זאָגאַר איינינע פון זיינע 
געננער, האָבען געפיהלט, אז נאַכגעבען די פאָדערונגען פון די 
מאנופעקטשורערס און באַזייטינען הורוויטש'ען װאָלט געווען א 
טיפע באַליידינונג פאר דער ווירדע פון די ארבייטער. עס זיינען 
פאָרגעקומען דעבאטען. איין זאך איז געווען קלאָר: אויב מען 
װועט מיט די מאנופעקטשורערס ניט דורכקומען, שמעקט דאָס 
מיט א סטרייק. נו, איז די פראנע געווען: איז די יוניאן אימ- 
שטאַנד צו פיהרען א סטרייק? אלע האָבען געוואוסט, אן ניט. 

װאָס א טאָג אין די לאַגע געווארען אלץ שװערער. די 


214 בלעטער פון מוון לעבען 


יוניאן האָט זיך ניט געקענט באווענען ניט אַהין, ניט אַהער. 
ענדליך האָבען די בעאמטע פון דער אינטערנעשאָנעל (דאָס 
הייסט, ניט נאָר פון דער ניו יאָרקער דזשאָינט באָארד, נאָר 
פון דער פאַנצער יניאָן אין די פאַראיינינטע שטאַטען 
און קאנאדע) זיך גענומען מאַכען א סוף צו דעם פּלאָנ- 
טער, זיי האָבען נעמליך נעשריבען א בריף צו דער דזשאָינט 
באָארד, אין וועלכען זיי האָבען ערקלערט, אז אויב הורוויטש װעט 
בליינען דער טשיף-קלוירק פון דער דזשאָינט באָאַרד, וועלען 
זיי, די פאָרשטעהער פון דער נאנצער יוניאן, צוריקציהען די 
גאַראַנטיע, װאָס זיי האָבען נענעבען פאַר דעם פּראָטאָקאָל, ווען 
די מאַנופעקטשורערס זיינען אייננגענאננען אויף דעם אָפּמאַך, 
האָבען זיי נעפאָדערט, אז דער דאָקומענט זאָל אונטערגעשרי- 
בען ווערען ניט נאָר פון דער ניו יאָרקער דזשאינט באָארד, נאָך 
אויך פון די פאָרשטעהער פון דער גאנצער יוניאן,. אלאָ, האָ- 
בען דיזע בעאמטע איצט ערקלערט, אז אונטער די נייע אומ- 
שטענדען קענען זיי ניט גאראנטירען דעם פּראַָטאָקאָל; מיט 
אנדערע ווערטער, זיי וועלען צוריקציהען זייערע נעמען. ווייל 
מיט הורוויטש'ען איז דורכפיהרען דעם פּראטאקאל אונמעגליך. 
דאָס האָט געהייסען, אז דער פּראָטאָקאָל װעט אָפּגעבראכען ווע- 
רען, דער בריף איז נגעווען אונטערנעשריבען פון א. ראָזענבערג, 
פּרעזידענט, סאל, פּאַלאקאָף, װייס-פּרעזידענט, און דזשאַן דייטש, 
סעקרעטער. 

חורוויטש האָט דיזע בעאַמטע דאַן ביטער אַטאַקירט, אלס 
מענשען, װאָס אַרבייטען אין די אינטערעסען פון די מאנופעק- 
טשורערס, 

אין דער יוניאן האָט ניט אויפנעהערט צו קאָכען. די נאנ- 
צע ארבייטער באוועגונג האָט נעקאָכט. ענדליך האָט זיך הור- 
וויטש דערפיהלט אין אן אונמענליכער לאנע. טראָץ דער בא- 
גייסטערונג, וואס זיין שטעלונג האָט ארויסגערופען אין די מא- 
סען, און טראָץ די פארשפּרעכוננען, וואס האָבען זיך געהערט 
פון אַלע זייטען, צו שטיצען איהם ביז'ן לעצטען טראָפּען בלוט, 
האָט ער נעזעהן, אז ער קען דאָ נארניט מאכען: לאָזען דעם 
פּראטאקאל אפגעבראכען ווערען װאָלט הייסען צולאָזען די יוניאן 


און אפאָרווערמט" 215 


צו א סטרייק און נעמען אויף זיך די פאראנטװאָרטליכקייט 
פאר דעם סטרייק --- דאָס איז ער, נאַטירליך, ניט געװען אים- 
שטאַנד צו טאָן. 

דער סוף איז נגעווען, אז ער האָט צו דער דזשאינט באָארד 
אַריינגעגעבען זיין רעזיננאַציע אלס טשיף קלוירק, 

דאן האָט זיך אָנגעפאנגען א פראגע, צי מען זאָל דאָס אָנ- 
נעמען,. איבער דיזער פראגע איז די דזשאינט באָארד איין מאָל 
אָפּנעזעסען א נאנצע נאכט, -- די נאַכט פון דעם 24טען און 
5טען יאנואר, 1914, מען האָט געשיקט דעלענאטען צו הור- 
וויטש'ען איהם איינלאדען צום מיטינג. ער אין געקומען. קיין 
דייטליכע ערקלערונג האָט ער ניט גענעבען. ער אין אָבער נע- 
בליבען ביי דאָס זיינינע, אז ער רעזיגנירט. דאן, שוין אין א 
פרימאָרגענדינער שטונדע, איז די רעזיגנאַציע אָנגענומען געװאָרען 
מיט 28 שטימען נעגען 14. 

צוזאַמען מיט דעם האָט די דזשאָינט באָארד אָנגענומען 
איינע פון הורוויטש'עס פאָדערוננען, און ביידע באשלוסען אין 
איינעם האָבען די אנטי-הורוויטש דעלענאטען באצייכענט אלם א 
קאָמפּראָמיס, א פּשרה. די נאָכגעגעבענע פאָדערונג אין ווירק" 
ליך געווען א וויכטינע. מיר וועלען דאָ ערקלערען, וועגען וואס 
עס האָט זיך דאָ געהאנדעלט, 

די אױיבענדערמאַנטע ,באָאַרד אוו אַרביטרײישאָן", אָדער 
שידעס-געריכט, אין באַשטאַנען פון דריי מיטנלידער: צו איי- 
נעם פון יעדען צד, און אַ דריטען, אויף וועלכען דיזע צוויי האָ- 
בען זיך געאיינינט. ‏ אלע דריי מיטנלידער זיינען געווען אנגע- 
זעהענע פּריװואַט מענשען. וען עס פלעגט זיך אנקלייבען א 
היבשע צאָה? סכסוכים, פלענען זיי זיך צוזאמענריידען, ווען זיי 
וועלען זיין פריי, און דאן פלעגען זיי זיך צוזאמענקומען, אויס- 
הערען אלע קייסעס און אין יעדען פון זיי ארויסגעבען א פּסק. 
געוועהנליך פלעגט אוועקנעהן א פּאַר אָדער זאָגאר עטליכע מאָ- 
נאַט, איידער זיי פלענען האָבען א זיצונג, און די ארבייטער, וואס 
האָבען געהאט וויכטינע קלאגען, פלענען מוזען ווארטען. אלאָ, 
איז דער נייער פּלאן באַשטאַנען אין דעם, אן מען זאָל האָבען 
איין אומפּארטייאישען מאַן, װאָס זאָל זיך ספּעציעל אִפ- 


216 בלעמער פון מיין לעבען 


ג ע ב ע {ן מיט אזעלכע סכסוכים און זאָל האָבען א ס פּ ע- 
צ יע ?ען אָפיס, אוזוױ אַז צו יעדער צייט, ווען מען װעט 
דארפען, זאָל ער זיין בערייט נלייך אויסצוהערען ביידע צדדים 
און אַרױיסנעבען זיין פּסק,. װאָס אַנבאַטרעפט די אַנדערע צויי 
פּריוואַט מענשען, זאָלען די טשיף קלוירקס פון די צוויי צדדים 
פארנעמען זייערע פּלעצער, דאָס הייסט, אז אַלע דריי זאָלען זיך 
ספּעציעל אָפּנעבען מיט דיזער ארבייט. אזוי אין געווען דער 
פּלאַן, וועלכער האָט, נאַטירליך, בעדארפט פאָרגעבראכט וערען 
פאר דעם אַנדערען צד -- פאר די מאַנופעקטשורערס. 

דיזער פּלאַן אין איצט אָנגענומען נעװאָרען פון דער 
דזשאינט באָאַרד, אַלס אַ באַלױינונג צו די , הורוויטשיסטען" דער- 
פאר, װאָס זייער פיהרער נעהט אװעק. אט אין דעם אין באַ- 
שטאַנען דער קאַמפּראָמיס. 


9 


א שבת פון מאַסמיטינגען. --- רוביניזם. -- די ראָלע פון 
פּאָרווערטס". 


אין די אידישע ארבייטער קװאַרטאַלען און אין די שעפּער 
האָט געקאָכט מיט דער נייעס, אַז די דזשאינט באָאַרד האָט 
אָנגענומען חורוויטש'עס רעזיגניישאָן. מען האָט אויך גערעדט 
וועגען דעם , אימפארשעל טשערמאן" (אומפּאַרטייאישער פאָרְזי- 
צער), אָבער דאָס איז געווען א בי-זאַך. דער עיקר פון דער 
סענסאַציע איז געווען דער פאקט, אַז הורוויטש געהט אװעק 
פון דער יוניאן. 


אָבער מיט דעם באַשלוס פון דער דזשאִינט באָאַרד האָט זיך 
די געשיכטע נאָך אַזױ גיך ניט געענדיגט. אויף מאָרגען (שבת, 
דעם 24טען יאנואר, 1914), זיינען פאָרגעקומען פיר גרויסע מאַס- 
מיטיננען פון מיטנלידער פון דער ,אינטערנעשאַנעל?". צוערשט 
האָט מען גערופען א מיטינג אין קופּער יוניאָן. דער ריזיגער 
היסטאָרישער זאַל אין אָבער געװוען צו קליין אריינצונעמען 
אַפילן אַ טייל פון דער מאַסע, װאָס איז געקומען צו דער פאַר- 


זאַמלונג, אַלזאָ, האָט מען געדונגען נאָך דריי גרויסע זאַלען: 


אין אפאָרווערטםס" 7 


וועבסטער האָל, אַרליננטאָן האָל און בעטהאָװען האָל, אַלע דיזע 
פּלעצער זיינען געווען געפּאַקט, און אומעטום זיינען געפלוינען 
ווערטער פון ניפט און גאַל ניט נאָר געגען דעם פּראַטאָקאָל, 
נאָר אויך געגען דער דזשאינט באָארד, דער, װאָס האָט געהאַט 
צו זאָנען אַ נוט װאָרט פאַר דער דזשאִינט באָארד, און מען 
האָט פאָראויס געוואוסט זיין מיינונג, האָט דאָס װאָרט ניט 
געקענט באַקומען, אַפילו אַ מיטנליד פון דער דזשאַינט באָארד, 
וועלכער איז געווען באַקאַנט אלס אַ פייערדינער הורוויטשיסט, 
האָט קוים, קוים באַקומען דאָס װאָרט, װיבאַלד ער איז פון דער 
דזשאינט באָארד, איז ער שוין טריף.. 

ווער האָט גערופען די מאס-מיטינגען? וער האָט גע- 
דונגען די האָלס? ניט די יוניאן. ואָרים די אַלע פאַרזאמ- 
כונגען האָבען נעהאט דעם צועק צו פּראָטעסטירען גענען דער 
יוניאָן, געהייסען האָט עס, אַז די מאַ סע פּראָטעסטירט, 
װער זשע אין זי, די סאַסע? אָבער אַ מאַסע האָט קין 
נאָמען ניט. עטליכע הורוויטשיסטען האָבען געדוננען די האָלס, 
און אויף די פארזאמלוננען האָט מען נעמאַבכט קאָלעקשאָנס 
אויף צו באַצאָהלען פאר די האָלס. סתם אַ קלאוקמאַכער 
מאַסע האָט רעװאָלטירט נענען דער אָפיציע? אָרגאניזירטער 
קערפּערשאַפט, ‏ אַן אנאָרנאַניזירטע, ניט אַנערקענטע מאַכט 
האָט זיך נעשטעלט גענען דער אָרגאַניזירטער אנערקענטער מאבט. 


אויף אזעלכע יארידען באקומט אַ געוויסער טיפּ זיינע גע- 
לעגענהייטען, איך מיין דאָ די פּראָפעסיאנעלע טומעל-מאַכער 
און געװאַלד-ישרייער, אין דער קלאוקמאַכער יוניאָן האָט זיך 
דאַן געפונען אַ מערקווירדינער פאָרשטעהער פון דיזען טיפּ. דאָס 
איז געווען א יוננערמאן מיט דעם נאָמען משה רוֹבין,. א קלו- 
נער, א דארער, א שווארצער, א נערוועזער, אַביסע? א היסטע- 
רישער, פלענט ער זיך אוועקשטעלען און נעמען , שניידען א 
פּאַס? פון די יוניאן בעאמטע. ניסען שוװעבעל און פּעך אויף 
די, װאָס די יוניאן האָט אָנגעשטעלט צו טאָן איהר ארבייט --- 
דאָס איז נעווען זיין כפּעציאַליטעט. ער פלעגט שרייען און 
נוואלדעווען אויף זיי, אזוי װוי זיי װאָלטען געווען פאַרברעכער, 
פּיאַווקעס, װאָס צאַפּען אויס דאָס בלוט פון דער אַרנאַניזאציע. 


18 בלעטער פון מוון לעבען 


,אָט די, װאָס קרינען שבת פּעי" (שכירות אַלע װאָך, חייסט עס), 
פלענט ער זיי רופען מיט נרילצענדע געשרייען. עס האָט געמאַכט 
דעם איינדרוק, אַזױי וי אַ יניאָן װאָלט געקענט עקזיסטירען 
אָהן באַצאַהלטע נעאַמטע, --- אַזױי וי זיי װאָלטען געווען איהרע 
גרעסטע שונאים און נאָך באַקומען געצאָהלט דערפאר, 

און צווישען אונזערע ארבייטער האָבען זיך נאָך געפונען 
גענוג אונערפאהרענע מענשען, אויף וועמען אזעלכע געשרייען 
האָבען געמאכט אן איינדרוק. 

רובין איז געווען א מענש אֶהן שום בילדונג, און, װי עס 
פּאַסירט אָפט מיט אזעלכע, האָט ער גראָד ליב געהאט צו נע- 
ברויכען ,הויכע" ווערטער, דעם זין פון וועלכע ער האָט אַלֵיין 
קוים פאַרשטאַנען, --- אזעלכע ווערטער, צום ביישפּיל, װוי ,װאַק- 
כאַנאַליע? אָדער , אױיטאָ-עמאַנציפּאַציע פון פאָלק", 

ער פלעגט זיך פּאָסמאַקעװען מיט אזעלכע וװערטער און 
מיט זיין ראָלע אלס ארונטעררייסער אין אלגעמיין. 

ווען ער פלעגט זיך אַװעקלאָזען אַטאַקירען און שימפפען, 
פלענט ער אויפנעהעצט וערען פון זיינע איינענע בייזווילינע 
נעשרייען. ער פלעגט זיך צוברענען פון זיין איינענעם גאַל, 

װען עס האָט זיך אָנגעפאנגען די נעשיכטע סיט הור" 
וויטש'ען און מיט דעם פּראָטאָקאָל, איזן דאָס פאר איהם געוען 
א פּיקניק. ‏ עס איז זעלבסטפארשטענדליך, אן משה רובין איז 
געווען דער טשערמאן פון דעם נרעסטען פון די מיטינגען, װאָס 
זיינען אָפּנעהאלטען געווארען יענעם שבת, נעמליך, פון דעם, וואס 
איז פאָרנעקומען אין קופּער יוניאן. 

אזעלכע וי רובין, -- צי זיי האָבען אזויפיל טעמפּערא- 
מענט און , מוט", וי ער, צי אַביסעל ויינינער -- האָבען זיך 
נעפונען אין אלע יוניאנס. דער ר ו ב י נ י ז ם איז א קראַנק- 
הייט, פון וועלכער אונזערע ארבייטער אַרנאַניזאציעס האָבען א 
סך נעליטען. איך רייד דאָ ספּעציע? וװענען אונזערע אידישע 
ארבייטער, ווייל דאָס איז געווען הויפּטזעכליך אן אימינראנטען- 
עולם. אין דער היים זיינען זיי צו קיין אָפענעם אֶרנאַניזא- 
צואַנסדלעבען ניט געווען צוגעוואוינט; אלזאָ, האָט דאָס אידישע 
בלוט דאָ זיך לייכט אָפּנערופען אויף רעװאָלוציאָנערע געווא?- 


אין שפאָרווערטס" 219 


דען, צי זיי האָבען נעהאט א זין, צי ניט. אָט צו דיזען סאָרט 
, רעװאָלוציאָנערען" האָבען נעהערט די, װאָס האָבען געמאכט 
דעם טומעל און געבראָכען שויבען אין ,פאָרווערטס" אין פאר- 
בינדונג מיט דעם שניידער סטרייק, דער פ,פאָרװוערטס" האָט 
נענונ געהאָט צו קעמפען נענען דעם גייסט, װאָס אזעלכע מענ- 
שען רעפּרעזענטירען, אפּעלירען צום רוהינען, געלאַסענעם פאר- 
נונפט, ווען די לופט נליהט מיט רוביניזם, איז נעוועהנליך אַ 
שווערע אויפנאבע,. און אונז אין דיזע אויפנאבע אויסנעקומען 
צו נעמען אויף זיך ניט איין מאָל, 


אויף אַלע פיר מאסמיטיננען אין אָננענומען געווארען א 
רעזאָלוציע אויפצופאָדערען הורוויטש'ען צו בלייבען אויף זיין 
אמט, און טאָמער קען ער ניט, זאָל ע ר אויסקלייבען א נאָב- 
פאָלנער פאַר זיך. אָבער די רעדע?-פיהרער און טומעל?-מאַכער 
האָבען זיך מיטם דעם ניט באַנונענט, זיי האָבען נעפּילדעדט 
און גענוואלדעוועט, אז מען זאָל געהן אין דעם אֶפִיס פון דער 
יוניאן און צווינגען אלע בעאמטע צו רעזיננירען. אויב ניט 
הורוויטש, איז זיי אויך ניט! ניט מיר, ניט דיר! 


די פיר מאַסמיטיננען האָבען נעמאַכט א שװערען אייינ- 
דרוק אויף די פיהרער פון דער יוניאן און אוֹיף אַלע פארנינם- 
טיגע פריינט איהרע. מען האָט ניט נעוואוסט, װאָס דאָ װעט 
איצט זיין. די דזשאָינט באָארד האָט אָנגענומען הורוויטש'עס 
רעזיגנאַציע, און א נעמישטער אויפנעהעצטער עולם פון קלאוק- 
מאכער אויף מאסמיטינגען האָט דאָס פארדאמט און געפאָדערט, 
אז הודוויטש זאָל דוקא בלייבען. עס האָט שטאַרק געשמעקט מיט 
אַנאַרכיע, מיט , מאָב רול" (די הערשאַפט פון אַן אומפאַראַנט- 
וואָרטליכער מאַסע). עס האָט געהאלטען ביי דעם, אז דער פּרא- 
טאָקאָל זאָל אָפּנעבראָכען ווערען, און די יוניאָן װעט מזען 
פיהרען א סטרייק, ניט זייענדיג אימשטאַנד דאָס צו טאָן. 


דער , פאָרװוערטס" האָט אין די נעקסטע דריי טעג (זונ" 
טאָג, מאָנטאָג און דינסטאנ) נעהאָט דריי לייט-אַרטיקלען, אלץ 
וועגען דעמזעלבען ענין, -- די הורוויטש-פראנע, דער באַשלוס 
פון דער דזשאינט באָאַרד און די פיער מאַסמיטינגען. אין דעם 


20 בלעמער פון מוין לעבען 


ערשטען אַרטיקע? האָבען מיר אנגעוויזען, אז אוֹיף הורוויטש'ען 
לינט די פליכט צו מאַכען א סוף צו דער אַנאַרכיע. סיר האָ- 
בען הורוויטש'ען נעמאכט אַ טשעלענדזש. (וועגען דיזען ארטי- 
קע? האָבען מיר זיך נוט באראָטען מיט פאָרשטעהער פון דער 
קלאָוקמאַכער יוניאָן און מיט איינענע מענשען. דער געדאַנק 
ווענען דעם טשעלענדזש אין נעקומען פון א יוננען גענאָסע 
אונזערען), 


,עס איז א פיבערשער צושטאַנד, -- האָט דער ארטיקעל 
ערקלערט, --- די, וואס זיינען נעכטען נעווען ערוועהלט אלס 
פאָרשטעהער, ווערען היינט אַרונטערגעריסען און פאַרדאמט אלס 
פאַררעטער, יעדע מינוט ברעננט די מאַסע אַרײין אין א נייער 
שטימונג. אָבער איין זאַך איז קלאָר, הורוויטש אין די צענ- 
טראלע פינור, ‏ אויב אימיצער קען עפּעס טאָן אונטער די אומ- 
שטענדען, אין דאָס ער. דערפאַר איז זיין פליכט צו נעמען א 
פעסטע שטעלונג: ענטװעדער אָננעמען די פּשרה, וואס די 
דזשאָינט באָאַרד האָט אָנגענומען, נעמליך, אן ער זאָל רעזינ- 
נירען, און מען זאָל האָבען אַ שטענדינען , אימפּארשעל טשער- 
מאן", אדער מען זאָל אָפּנרעכען דעם פּראָטאָקאָל און זיין נע- 
גרייט צו א סטרייק, אויב אַ סטרייק, וועט דער , פאָרווערטם" 
טאָן אלעס מעגליכעס מיטצוהעלפען,. מיר וועלען ארבייטען פאר 
אזא סטרייק, אזוי וי מיר האָבען נעארבייט פאר דעם סטרייק 
אין 1910, ווען מיר האָבען נעהאָלפען די קלאוקמאכער קומען צו 
א גרויסען זיג,. הורוויטש איןז היינט די וויכטינסטע פּערזאָן. 
ער איזן היינט דער לידער פון די קלאוקמאַכער מאסען. אין 
זיין נאָמען צוברעכען זיי אלע באַשלוסען, װאָס זייערע איי" 
גענע דעלענאַטן נעמען אָן. אַלאָ, זאָל ער נעמען אֵן ענט- 
שידענע שטעלונג -- אַהער אָדער אַהין, איז ער בארייט אויף 
א קאמף אין דיזען מאָמענט? איז ער בארייט צו פיהרען די 
ארבייטער אין א סטרייק? אויב יא, זאָל ער נעמען די לוו- 
צֶעס. סיר וועלען שטעהן מיט די ארבייטער, ואָס ער ועט 
פיהרען. סיר זאָנען דאָס מיט'ן נאנצען הארצען. אוב אָבער 
ער גלויבט, אז די יוניאן איז אין סטרייק ניט אימשטאַנד איצט 
צו נעהן, זאָל ער העלפען מאַכען שלום און באַרוהינען די מא- 


און ,פֿאָרווערטט" 201 


סען,. אלץ איז אין זיינע הענט. זאָל ער געבען א קלאָרען ענט- 
פער אין , פאָרווערטס". 

אַלע האָבען נעוואוסט, אז די יוניאן אין ניט אימשטאנד 
צו סטרייקען, און אַלע האָבען נעוואוסט, אז הורוויטש קען 
ניט נעמען אויף זיך אזא פאַראַנטװאָרטליכקײט,. אַ גרויסער 
טיי? פון די, װאָס האָבען זיך געקאָכט אויף די מאסמיטיננען, 
האָבען זיך באלד אויסנעניכטערט. אין דעם נעקסטען לייט-אר- 
טיקעל {מאָנטאָג, דעם 26טען יאנואר) האָבען מיר ערקלערט 
דעם אונטערשיד צווישען א פאראנטװאַרטליכער קערפּערשאפט 
פון נעזעצליך אויסערוועהלטע פאָרשטעהער און אן אומפאַראַנט- 
װאָרטליכער מאַסע, צואס לויפט זיך צונויף אויף מאסמיטיננען, 
וועלכע זוערען אדרעסירט פון פּראָפּעסיאָנעלע טומעל-מאכער, מיר 
האָבען אָנגעוויזען אויף דער שעדליכער ראָלע פון דיזע טומעל- 
מאכער, מענשען, װאָס זייער טשאַנס קומט נאָר דאַן, וען עס 
מאַכט זיך עפּעס א היאַריך". 

הורוויטש האָט אויף אונזער טשעלענדזש ניט געענטפערט, 
אָבער זיין שוויינען איז געווען אזוי נוט וי אן ענטפער, אז ער 
ענטזאנט זיךך צו פיהרען א סטרייק. דער דייטליכער שלוס 
דערפון איז געווען, אז מען מוז אויפהאלטען דעם פּראָטאָקאָל. 

אויף דעם דריטען לייט אַרטיקעל, וועלכער איז ערשינען 
דינסטאָג, דעם /2טען יאנואר, אין דער איבערשריפט נעװוען: 
,עס װעט זיך אויספּרעסען ". 

10 


,עס וועם זיך אױספּרעסען". 


אין דעם אַרטיקעל ווערט געזאָנט דאָס פאָלנענדע אומנעפמעהר ; 

הורוויטש האָט ערקלערט פאר אַ ,פאָרווערטס" רעפּאָרטער, 
אַן אויף אונזער טשעלענדזש װעט ער ניט נעבען קיין אַנט- 
װואָרט. וואס איז אָבער מיט די קלאוקמאַכער? דער גאַנצער 
ענין אין אין נרונט א שטימוננס-זאך, מיט אַ פּאָר טענ צוריק 
זיינען די מאסען געווען אויפגערעגט נענען דעם באשלוס פון 
דער דזשאינט באָארד אָנצונעמען הורוויטש'עס רעזיגנאַציע. אונ- 
זער איינדרוק אין דיזען מאָמענט איז, אז די שטימוננ האָט זיך 


99 בלעמער פון מוין לעכען 


שוין געענדערט. דיזעלבע מאַסען, וואס האָבען זיך שבת גע- 
קאָכט אויף די מאַסמיטינגען, זיינען איצט גענוינט צו אונטער- 
שטיצען דעם באַשלוס פון דער דזשאַינט באָאַרד. דער קלאוקמאַכער 
עולם װועט אינדאָרסירען די האַנדלונג פון זיינע אָרגאַניזירטע 
פארטרעטער. די צוהיצטע נעשרייען פון סתם מאַסמיטינגען ווע- 
לען איגנאָרירט ווערען. אזוי פיהלט זיך אין דיזען מאָמענט, 
מענשען, וואס זיינען מיט א פּאָר טעג פריהער נעווען צוהיצט, 
ריידען היינט נעלאַסען,. עס װעם זיך אויספּרעסען. 
דעם אויסדרוק ,עס וװועט זיך אױיספּרעסען" האָב איך גענו- 
מען טאקע פון דער שפּראך, וועלכע וװערט געברויכט אין די 
קלאוק-שעפּער, ווען עס מאַכט זיך אַ קנייטש אין דער װארע, 
און דער קנייטש איז ניט קיין געפעהרליכער, זאָגט מען: ,עס 
װועט זיך אױיספּרעסען",. אויף ענגליש וװערט דער דאָזינער 
ווערטעל אויך געברויכט, אָבער זעהר ווייניג און אויף אידיש, 
אַלס אַ פאָלקס-װערטעל, איז דאָס דאַן אבסאָלוט ניט געווען גע- 
ברויכט. ווען דער אַרטיקע? אין ערשינען, האָט דער עולם די 
פראַזע נלייך אויפגעכאפּט. און מען האָט איהר גענומען הערען 
אויף טריט און שריט. און אין פילע שעפּער האָבען די פּרע- 
סערס, פּרעסענדיג די װאַרע, צוגעזונגען: עס וװעט זיך אויס- 
פּרעסען, עס װועט זיך אוױיספּרעסען". 
אײינמאָל איז צו מיר געקומען אַ קאָמיטע פון א קלאוק-שאפּ 

מיט אַ מאָדנער בקשה, איינער פון זייערע ארבייטער, וועל- 
כען זיי האָבען געבראכט מיט זיך, האָט אויפגעשריבען אַ ליד. 
אלזאָ, זיינען זיי געקומען בעטען, אַלס פאָרשטעהער פון גאַנצען 
שאַפּ, אזן דאָס ליד זאָל זיין אָפּנעדרוקט אין ,פאָרווערטם". 
דאָס ליד איז געווען אויף דער טעמע ,עס װעט זיך אױספּרע- 
סען", צו מיין באַדױערען, קען איך דעם מאַנוסקריפּט אין די" 
זען מאָמענט ניט נגעפינען. איך געדענק אָבער דעם אינהאלט. 
עס אין גענאננען אומנעפעהר אזוי: 

לאָמיר אַלץ פאַרגעסען, 

עס װעט זיך שוין אויספרעסען. 

לאָמִיר זיך צוקישען, 

הורװיטש מעג שוץ װיסען.. 


און ,פאָרווערטס" 98 


די פערזען, װי דער לעזער באַמערקט, זיינען געגרינדעט 
אויף דעם פאָלקס-ליד: 


לאָמיר זיך צוקישען, 
די מאמע מענ שוין וויסען, 
מיר האָבען דאָך שוין חתונה געהאַט.. 


אַנשטאָט , מיר האָבען שוין חתונה געהאט", זיינען געווען 
אַנדערע ווערטער, וועלכע איך געדענק ניט. איך געדענק אָבער, 
אז זיי זיינען געווען ניט פון דעם דרוקבאַרען סאָרט. אָפּדרוקען 
די עטליכע שורות האָב איך דאַן נעפונען פאר ניט ראטזאם. 


אַ פּאַר יאֶהר שפּעטער האָט דער שוישפּילער לודוויג זאַטץ 
פארפאסט א ליר מיט'ן זעלבען נאָמען, ;עס וװעט זיך אויס- 
פּרעסען", 


אַן אויסדרוק, א װערטע? האָט אַמאָל אן אומגעהויערע 
ווירקונג אזא ווירקונג האָט געהאט דאָס װוערטעל ,עס װועט זיך 
אויספּרעסען",. מען האָט דאָס געזאָגט אין אַלע קלאוק שעפּער, 
און מען האָט גערעדט און דעבאַטירט װענען זיין אינהאַלט. 
דער געדאנק אין נעװען: ,מאַלע װאָס מען האָט זיך געקאָכט! 
מאַלע װאָס מען האָט זיך געקריגט! עס וװעט זיך אױיספּרעסען, 
און די יוניאן װעט זיין נאָך שטאַרקער וי פריהער". 


אין , פאָרװערטס" האָבען מיר פאָרטנעזעצט די אַגיטאַציע 
פאר געזעצליכע פאראַנטװאָרטליכע קערפּערשאַפטען אין געגענזאץ 
צו , מאָב רו?". מיר האָבען געדרוקט א באַריכט, צום ביישפּיל, 
איבער וועלכען די קעפּעל אין געווען ,מעהר לאָקאל-מיטיננען 
און עקזעקוטיוו-מיטינגען, װי מאַס-מיטינגען". דעם 90טען יאַ- 
נואר האָבען מיר געהאט א לייט-אַרטיקעל מיט דעם פאלגענדען 
אינהאַלט ; 

, זאָלען פאַרגעסען ווערען די עטליכע װאָכען פון ברודער- 
קריג, זאָלען אַלֶע װוי איין מאַן ארבייטען צוזאמען צו שטאַרקען 
די יוניאן, פארריכטען איהרע פעלערען און צונעוואוינען די אר- 
בייטער צו דיסציפּלין און לערנען זיי שעצען די אָרגאניזירטע 
מאַכט פון דער יוניאן". 

די לאַנע איז װאָס 8 טאָג געווארען בעסער, אזוי אז דעם 


204 בלעטער פון מיין לעבען 


ערשטען אַפּרי? האָבען מיר שוין אין ,פאָרװוערטס" באַריכטעט, 
אז די עקזעקוטיוו קאָמיטע פון לאָקאַל 1, די שטארקסטע הור- 
וויטש אָרגאַניזאציע, האָט איינשטימיג אנגענומען הורוויטש'עס 
רעזיגנאציע. די הויפּט-גווארדיע פון הורוויטש'עס קאמף האָט 
אויפנענעבען די וואפען, הייסט עס. דער שטורמדינער קאמף. 
אין געווען פאָריבער, 

אַלס נייעם טשיף קלוירק האָט מען עלעקטעד סידני היל- 
מאַן, וועלכער האָט פריהער געצויגען אויפמערקזאמקייט, אלס 
דער פיהרער פון די מענער-שניידער אין שיקאנא *) 

* * + 

איינער פון די אינטערעסאנטסטע פּונקטען אין דער נאַנ- 
צער געשיכטע אין באַשטאַנען אין פאָלנענדען: פּאַליטיש איז 
יצחק אייזיק הורוויטש, אלס סאַציאליסט, געווען פּונקט דער 
היפּוך פון רעװאָלוציאניזם. ער אין געווען א סך קאַנסערװאַ- 
טיווער וי מיר,. ער אין געווען א מיטנליד פון דער פּראָנרעסו- 
ווער פּארטיי, א ניט-סאַציאליסטישע פּאַליטישע אֶרנאַניזאציע, 
וועלכע איז גענרינדעט געווארען פון דעם געוועזענעם פּרעזידענט 
פון די פעראייניגטע שטאַטען, טעאָדאָר רוזוועלט, און נראָד דאַן 
איז הורוויטש געווען אַ קאַנדידאַט אויף קאָננרעסמאַן אויף איהר 
טיקעט,. אָבער אַלס טשיף קלוירק פון דער ,אינטערנעשאַנעל/, 
דאָ ואוו עס האָט זיך פון איהם גראָך געפאָדערט ניכטערקייט 
און מעסיגקייט, איז ער אַרױסגעטראָטען דורכאויס אַלס רעװאָלן- 
ציאָנער ; און דער ,פאָרווערטס", וועלכער איז געבליבען טריי 
דער סאַציאַליסטישער פּאַרטײ, אין געווען צו וייניג ראַדיקאַל 
פאַר איהם, 

החורוויטש איז געווען אַ קאַנדידאַט אויף דעם טיקעט פון 
רוזוועלט'ס פּארטיי אין הערבסט, 1918, דאָס הייסט, אין דעם 
רעכטען קאָך פון זיין קאַמף נענען דעם פּראַטאָקאָל און די 


*) אוצט, ווען דיזע שורות ווערען געשריבען, איז הילמאן שוין 
עטליכע יאהר דער פּרעזידענט פון דער אמאלגאמיוטעד קלאַָדינג 
וואירקערס יוניאן, דו אָרגאַניזאציע, וועלכע האָט פארנומען דעם 
פּלאַץ פון די אויבען-דערמאַנטע גארמענט וואירקערס, אלס די 'יוניאן 
פון מענער שנוודער און די פאראוונוגטע שמאַאַטען און קענעדע. 


אין עפאָרווערמט" | 298 


פיהרער פון דער קלאוקמאַכער יוניאן, קיין רענעלמעסינע וואה- 
לען אויף קאָנגרעסמאן זיינען אין דעם דאָזינען יאהר נים גע- 
ווען,. אזעלכע וואהלען קומען פאָר אין די גראָדייאהרען. עס 
האָט זיך אָבער נעמאַכט אַ װאקאַנס, און אויף דיזען וואקאנס 
האָט מען איהם נאָמינירט. ער האָט דאַן ארויסנעלאָזען א ציר- 
קולאַר, א פּראַקלאַמאַציע צו די קלאַוקמאַכער, בעטענדיג, אז 
זיי זאָלען שטימען פאר איהם, 

די פיהרער פון דער יוניאן האָבען אין זייער אָפיציעלֶען 
אָרגאַן, , די פּאָסט", דאַן נעדרוקט אן ערקלערונג צו די לעזער, 
וואו זיי האָבען זיי דערמאַנט, אז אויף דער פריהערדינער קאָנ- 
װוענשאָן פון דער יוניאן איז באַשלאָסען געווארען אפיציעל אנצו- 
ערקענען די סאַציאליסטישע פּאַרטײ און פאר איהר צו שטימען. 
דאָס איז געווען ספּעציע? געווענדט געגען הורוויטש'עס צירקולאַר. 
אין דעם זעלבען נומער איזן אויך געווען א בריף פון דעם פּרע- 
זידענט פון דער יוניאן, אברהם ראָזענבערג, וואו אלץ אין ער- 
קלערט געווארען אָפען. ראַָזענבערנ ציהט אויפמערקזאמקייט 
צום פאקט, אז די יוניאן קען נאָר אנערקענען איין פּארטיי, און 
דאָס איז די סאַציאליסטישע פּאַרטײ, און אז הורוויטש האָט דע- 
ריבער קיין רעכט ניט צו אדרעסירען אזעלכע צירקולארס צו 
די מיטנלידער, 

אינטערעסאנט איז אויך דאָס פאָלנענדע : די טעמעני ציי- 
טונג, די , ואַרהייט", האָט אונטערשטיצט הורוויטש'עס רעװאָ- 
לוציאָנערע פּאלֵיסי אין דער קלאוקמאַכער יוניאן, פּונקט וי זי 
האָט אונטערשטיצט די רעװאָלוציאָנערע פּאָליסי אין דעם שני- 
דער סטרייק,. און דאָס האָט זי נעטאָן נראָד א פֹּאַר מאָנאַט נאָב- 
דעם, װוי טעמעני האָט איהר אָפען באַלױנט פאר איהר טרייע 
טעמעני ארבייט. (זי האָט איהר אַרויפנעשטעלט אויף דער ליסט 
פון אָפיציעלע טעמעני צייטוננען, וועלכע האָבען באקומען ספּע- 
ציעלע שטאָדט-אַדװוערטײיזמענטס מיט אַ פעטען געצאָהלט.) 

ווענען החורוויטש'עס עהרליכקייט אין ביי קיינעם קיינמאָל 
קיין פראַנע ניט געווען. אין אַלע אונזערע ארטיקלען האָבען מיר 
ווענען איהם נערעדט מיט רעספּעסט, אלס ערליכער, געבילדעטער 
און זעהר פעהינער מאן. סיר האָבען אָבער אָנגעוויזען אויף 


506 בלעמער פון מוון לעבען 


זיינע טאַקטישע פעלערען, און די צייט האָט אונזער פיינונג ‏ 
באַשטעטיגט, פּונקט װי זי האָט באַשטעטיגט אונזער מיינונג אין 
באַצוג צו דעם שניידער סטרייק, 


11 


בענדזשאַמין שלעזינגער און מאָריס זיגמאַן איינשטימיג ער- 
וועהלט אַלם פּרעזידענט און סעקרעטערי-טרעזשורער 
פון דער קלאָוקמאַכער יוניאָן. 


דעם 15טען דזשון איז אין דער שטאָדט קליוולאנד פאָרגע- 
קומען אַ קאָנװענשאָן פון דער אינטערנעשאַנע? ליידיס גאַרמענט 
װאָירקערס יוניאָן, דאָרטען איז פאָרגעקומען די הורוויטש פראַגע, 
און פילע רעדעס זיינען געהאַלטען געװאָרען. די מייסטע פון די 
רעדעס זיינען געווען אַ קרעפטיגער אויסדרוק געגען הורוויטש'עס 
פּאָליסי, עס איז פאָרגעשלאָגען געװאָרען אַ רעזאָלוציע, וואו מען 
האָט מיט שארפע װערטער זִיך אויסגעשפּראָכען געגען הור- 
וויטש'עס טאַקטיק אין דער יוניאן, מען האָט איהם באַשול- 
דיגט, אז ער האָט געשאפען רייסערייען אוֹן צאַנקערײען, װעל- 
כע האָבען די יוניאן געבראכט צו דער שווע? פון פאַרניכטונג. 
בענדזשאַמין שלעזינגער, וועלכער איז נעווען אַ דעלעגאַט, האָט 
פאַרגעשלאָנען אַן אַמענדמענט, די שארפע ווערטער פון דער רע- 
זאָלוציע אַרויסצונעמען, דער אַמענדמענט אין אנגענומען גע- 
װאָרען איינשטימינ. ‏ דער עיקר אָבער, די געגנערישע שטעלונג 
צו הורוויטש'עס פּאָליסי, איז געבליבען. וען עס איז געקומען 
צו דער אָפּשטימונג, האָט אן אומנעהויערע מאַיאָריטעט גע- 
שטימט פֿאַר דער רעזאָלוציע. זי אין אָנגענומען געװאָרען מיט 
106 שטימען געגען 29. אויף דערזעלבער קאָנװענשאָן אין איינ- 
שטימיג אָנגענומען געווארען אַ רעזאָלוציע, וועלכע פאַרבאָט 
אירגענד וועלכען בעאַמטען פון דער יוניאן צו זיין אַ קאַנדידאַט 
אויף אַ קאַפּיטאַליסטישען טיקעט. דאָס איז, נאַטירליך, געווען 
געצילט געגען הורוויטש'עס קאַנדידאַטור אין דער פּראָגרעסיווער 
פּארטיי, 


אויף דערזעלבער קאָנװענשאָן אין איינשטימיג אָנגענו- 


אין ,פאָרווערמס" 297 


מען נעװאָרען א צוטרויאוננסירעזאַָלוציע צו מאיר לאַנדאָן. 
עס אין באַשטימט געווארען איהם ספּעציע? איינצולאדען צו 
קומען צו דער קאָנװענשאָן, און ווען ער איז געקומען, האָט מען 
איהם אויפגענומען מיט א שטורמישער אַװאַציע. דאָס אלץ 
האָט געהאט אַ שייכות צו דעם פאַקט, אז הורוויטש האָט נע- 
צוואוננען לאַנדאָן'ען צו רעזיננירען פון דער יוניאן אלס לאיער. 
די קאָנװענשאָן האָט זיך נעשלאָסען מיט דעם, וואס מען האָט 
איינשטימיג ערוועהלט בענדזשאַמין שלעזינגער אלס פּרעזידענט 
און מאָריס זיגמאַן אלס סעקרעטער פון דער יוניאן. 


12 
דער פּאָלקם קאלעדזש, 


אין 1914 האָט דער ,פאָרווערטס" אָננעפאננען א נייע 
, פיטשור" אונטער דעם נאָמען ,דער פאָלקס קאלעדזש". דאָס 
איז געווען אן אָפּטײלונג פאר פּאָפּולערע וויסענשאפט. צום 
ביישפּי?ל; דר, חיים ספּיואַק האָט נעשריבען א סעריע פּאָפּ- 
לערע ארטיקלען, אונטער דעם נאָמען ,קאַפּיטלעך פיזיאָלאָניע", 
מ. באַראַנאָוו האָט ביינעטראָנען א סעריע אונטער דעם נאָמען 
,אַפטראַנאָמיע", ה. ראָנאָף --- א סעריע ארטיקלען איבער 
,סיוויקס? (עדקלערונגען וענען דער אַמעריקאַנער קאָנסטיטן- 
ציע און דעם מעכאַניזם פון דער אַמעריקאַנער רעגירונג), 


איך האָב פאַר דיזער אָפּטײלונג געשריבען צוויי סעריעס 
ווענען דער שפּאַנישער אינקוויזיציע, א סעריע ווענען דעם לע- 
בען פון ברוך שפּינאָזאַ, און א סעריע איבער דראַמאַטישע פּאַ- 
סירוננען אין דער רוסישער היסטאָריע, -- קאפּיטלעך פון דער 
צייט פון איװאַן דעם שרעקליכען, און פון דער צייט נאָך זיין 
טויט, און דעם טויט פון זיין בן-יחיד דמיטרי, ווען עס האָבען 
זיך באַװיזען ,פּאַלשע דמיטריס". (די לעצטע סעריע האָב איך 
איבערנעדרוקט פון דער ,אַרבײיטער צייטונג", זואו איך האָב זיי 
פאַרעפענטליכט אין 1898), 


די אָפּטײלונג האָט געהאָט א גרויסען ערפאלנ, 


298 בלעטער פון מוון לעבען 


18 


זיגמונד מאָגולעסקאַ, דער שישפּילער, דערצעהלט זיין 
לעבענסגעשיכטע אין ,פאָרווערטם". 


דעם 19טען יאנואר, 1914, האָט דער גרויסער שוישפילער 
זינמונד מאַנולעסקא אָנגעפאננען צו דרוקען זיין לעבענס-געשיב- 
טע אין , פאָרווערטס". ער פלענט קומען צו אונז אין רעדאַקציע, 
און איך פלעג מיט איהם פֿאַרברעננען א פֹּאֶר שטונדען. 
ער פלענט מיר דערצעהלען, און איך פלענ פארצייכענען. איך 
פלעג איהם שטעלען פראנען, אויף וועלכע ער פלעגט ענט- 
פערען. סיר פלעגען זיך פאַרנאַנדערשמועסען ווענען די אלטע 
צייטען ; און אַמאָל אויך וװענען היינטינע. ‏ פון דעם פלענ 
איך צוזאמענשטעלען דעם נעקסטען אַרטיקעל, (געענדינט זיין 
לעבענס-געשיכטע האָב איך אָבער ניט, דאָס האָט געטאָן דער 
מיטאַרבייטער פון ,פאָרווערטס" לעאָן נאָטליב.) איך בין מיט 
מאָגולעסקאָ'ן באַקאַנט נגעװען שוין פילע יאָהרען, אָבער 
קיינמאָל האָב איך סמיט איהם אזוי אָפט ניט פארבראכט אין 
אזעלכע אינטימע פּריוואט נעשפּרעכען, איך האָב זיך גע- 
פיהלט, אַז איך קום נעהנטער צו דעם אינערליכען מאָגולעסקאָ, 

אלס שוישפּילער, האָב איך איהם אימער פארנעטערט, און 
איך האָב אימער פוֹן די ערשטע טעג אָן וואס ער האָט זיך באַ- 
וויזען אין ניו יאָרק---אין דעם יאָהר 1880--נעוואוסט, אַז דער 
פּערזענליכער מאַננעטיזם, וואס ער באַזיצט, שפּילט א נרויסע 
ראָלע אין זיין קינסטלערישער קאַריערע. אַן אומנעהויערען טאַ- 
לאנט האָט ער נעהאַט, דעם נרעסטען פון אַלע, -- טאַלאַנט 
אַן און פאר זיך, גאנץ אָפּנעזעהן פון זיין חן. א ואונדער- 
באַרע איינבילדוננס-קראפט האָט ער באַזעסען, און אויך א מו- 
זיקאלישען נעשמאַק א געבאָרענעם. און דער מוזיקאלישער נע- 
שמאק איז געווען ‏ א טייל פון זיין קינסטלערישער קראפט. אלץ 
איז נגענאנגען צוזאמען מיט זיין געבאָרענער איינבילדוננס-קראפט, 
מיט זיין נעבאָרענער פאַנטאַזיע. אָבער דאָס אלץ צוזאמען אין 
געווען בא'טעמ'ט מיט יענעם חן זיינעם, מיט וועלכען ער האָט 
פּשוט געצוינען הערצער צן זיך. אין גרונט האָט יעדער גרוי" 


אין , פאָרװעיטס" | : 209 


- סער קינסטלער א געוויסע מאָס פון פּערזענליכען חן אין זיך, 
ווען ער געפינט זיך אויף דער ביהנע. עס איז, איינענטליך, 
שווער אֶפּצוטײלען דיזע צוציהוננס-קראפט פון דער צוציהוננס- 
קראפט, וועלכע שטאַמט פון א ריין-קינסטלערישען טאלאנט. און 
ווען מען באַטראַכט די זאך גוט, איז, איינענטליך, שװער צו 
באשטימען, װאָס דאָס איז אַזוינס קינסטלערישער חן. שוװער 
ביהנע-חן אָפּצוטײלען פון טאַלאַנט. וי די מעשה איז, זעל- 
טען װען אַ קינסטלער אויף דער ביהנע עס באַזיצט אזא 
סאָרט טאַלאַנט, ווענען וועלכען דאָס װאָרט חן רייסט זיך אויף 
די ליפּען, אַזױ װוי דאָסאין געװען אין דעם פא? פון מאָנו- 
לעסקאָ. 


נאָך א זאַך, פאראן אַקטיארען, וועלכע ווערען אזוי אריינ- 
געצוינען אין דער פּראָפּעסיע, אן עס אין ניט לייכט אִפּצו- 
שיידען דעם שוישפּילער פון דעם פּריוואטען מענשען, אין זייער 
פּריוואט לעבען ריידען זיי אויך מעחר אָדער ויינינער אויף אַ 
שוישפּילערישען שטייגער. זיי ריידען אזוי און האַלטען זיך אזוי. 
עס זיינען, נאַטירליך, פאראן אויסנאמען, און מאָנולעסקא אין 
געווען איינער פון די דייטליכסטע אויסנאמען אין דיזער הינזיכט. 
אין דער גאנצער רייהע נעשפּרעכען, וועלכע איך האָב מיט איהם 
געהאַט אין אונזער אֶפִּיס, איזן ער געווען א נאנץ אַנדערער, וי 
אויף דער ביהנע, אדער זאָנאר וי הינטער דער ביהנע. ער 
האָט אויף מיר געמאכט אן איינדרוק, װי א נאנץ איינפאכער, 
מילדער, זעהר סימפּאטישער און אַבסאָלוט פּרעטענציעלאָזער 
מענש. סיט אַנדערע ווערטער, אלס פּריואָט מענש, האָט ער 
אויך געהאט אין זיך אַ חן, הנם דער חן איז גנעווען פון אַ 
גאַנץ אַנדער סאָרט װוי דער מאַננעטיזם, וועלכער אין געווען אַ 
טיי? פון זיין נרויסער קונסט,. אויף דער ביהנע פלענט ער וע- 
רען אַ גאַנץ אַנדער מענש. 


איינמאָל, נאָך אַ סעריע וויזיטען, װאָס ער האָט נעמאַכט צו 
מיר אין אֶפיס, ווען איך האָב געשריבען זיין לעבענס-געשיכטע, 
האָב איך איהם נעזעהן אין טהעאַטער, אין אַ ראָלע. איך 
געדענק נים, װאָס פאר אַ פּיעסע דאָס אין געװען, איך נע- 


200 בלעטער פון מוין לעבען 


דענק אָבער נאנץ דייטליך, וי איך בין געווען ערשטוינט, וען 
ער איזן ארויס אויף דער ביהנע. דאָס געזיכט איז, נאַטיר- 
ליך, געווען דאָסזעלבע, די שטימע דיזעלבע, דער גרים האָט 
איהם גאָרנישט נגעשטערט דערביי, און דאָך אין דאָס געווען 
א נאַנץ אנדער מענש. אזוי וי א כשוף װאָלט איהם פאך- 
װאַנדעלט אין אַנאַנדער באַשעפעניש. 


עס איז איבעריג צו זאָנען, אַז זיין נאָמען איז נעווען אומנע- 
הויער פּאָפּולער, און אַז זיין לעבענס-געשיכטע האָט געצויגען א סך 
אויפמערקזאַמקייט. (זעה 2-טען באַנד, פּיידזשעס 882-9/9 און 
אויך אין 8-טען און 4-טען באַנד). 


14 
מאריא שקאָלניק אין ,פאָרווערטם". 


ארום דערזעלבער צייט האָט אונזער אֶפיס באזוכט די סא- 
ציאליסטין-רעוואלוציאנערין מאריא שקאָלניק, וועלכע האָט גע- 
שאָסען אויף דעם נובערנאטאָר פון טשערנינאָוו, זי איז געװען 
א ליטווישע ארבייטער מיידעל מיט שווארצע אויגען פול מיט 
נערוועזען לעבען,. זי האָט פאר אונז געשריבען די געשיכטע 
פון איהר מוטינער טאַט, 


דעמזעלבען מאָנאָט האָב איך באזוכט באָסטאָן, וואו איך 
בין געווען איינגעלאַדען צו האַלטען לעקטשורס (אין ענגליש) 
איבער דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור פאר דעם סענטשורי קלאָב. 
זייענדיג דאָרטען, האָב איך אויך געהאַלטען אַ פאָרטראג אויף 
אידיש פאר דעם דאָרטינען אידישען ברענטש פון דער סאָציאַליס- 
טישער פּארטיי. 


15 
דער טויט פון דעניעל דעליאן. 
דעם 10טען מאַי, 1914, איז געשטאָרבען דעניע? דעליאָן, 


דער אַמאָליגער פיהרער פון אונזער באַװעגונג, וועגען ועלכען 
עס ווערט גערעדט אין דעם דריטען באנד פון דיזען ווערק אין 


אין ,פאַרווערטט" 241 


פארשידענע שטעלען, ספּעציעל אין דעם 11טען קאַפּיטעל, וועל- 
כער טראָגט דעם נאָמען , דעליאָניזם" (פּיירזשעס 421-978). 


אין יענעם קאַפּיטעל קען דער לעזער זעהן דייטליך צויי 
זאכען: ערשטענס, אז דעליאן אין געווען זעהר אַ פעהינער 
און ענערגישער מאַן, און אַז אין דער סאַציאַליסטישער באַװעגונג 
פון אמעריקא איז ער געווען א גרויסע קראפט ; און צוייטענס, 
אז פיט זיין פּערזענליכען כאַראַקטער, באַנריפען און טאַקטיק 
האָט ער אונז געטאָן א סך מעהר שאָדען, װי גוטס. ער האָט 
אריינגעבראכט די גיפט פון ברודער קאמף, פון אינטריגעריי און 
האַס, וועלכע האָט די באוועגונג צובראכען. זי האָט איהר צו- 
בראָכען אינווייניג און אונמענליך געמאכט פאר איהר צוצוקומען 
נאָהענטער צו די אמעריקאנער ארבייטער-מאסען. דער רעזולטאַט 
איז נעווען, אז ער איז נעבליבען במעט איינזאָם מיט אַ נאַנץ 
קליינער הייפעלע ארום זיך, ער האָט נגעשפּאלטען און געשפּאל- 
טען, און דאָס לעצטע, וואס איזן געבליבען ארום איהם, האָט ער 
אויך צושפּאלטען. 


ביי א קבר דערמאַנט מען זיך אָן דעם אלטען רוימישען 
בל, אז ווענען א טויטען זאָל מען זאגען ענטוועדער גארניט אדער 
נאָר גוטס. דעמזעלבען כלל האָבען מענשען, וועלכע האָבען פון 
דעם רוימישען פּרינציפּ קיינמאָל ניט געהערט. ווען מען שטעהט 
כיי א קבר, גלוסט זיך דערמאָנען נאָר די גוטע זאכען, וואס דער 
נעשטארבענער האָט געטאָן, דער ,פאָרװוערטס" האָט פארנומען 
א סך פּלאץ מיט דעליאָן'ס טויט, און אַלץ אין געזאגט נעווא- 
רען אין א טאָן פון רעספּעקט, פריינדליכקייט און באַדױערען. 
ווען עס איז אָנגעקומען די נאַכריכט, אז דעניע? דעליאָן אין 
טויט, האָבען מיר אויף דער מינוט ווירקליך פארנעסען זיין אומ- 
גערעכטע האנדלונג צו אונז, די ניפטינע אַטאַקעס, וואס ער 
פלענט מאַכען,. מיר האָבען נעזעהן דעם גרייזען, ניט הויכען 
מאַן מיט דעם שפּאַנישען געזיכט, מיט זיין גרויסען און פעהיגען 
קאָפּ. מיר האָבען אזוי וי נעהערט זיינע גלענצענדע רעדעס 
און לעקטשורס. מיר, זיינע געגנער, די וואס ער האָט פארפאָלגט, 
האָבען אראָפּגענומען די היטלען פאר זיין אָנדענקען. 


298 בלעטער פון מוון לעבען 


16 
אַ מאָרד בלבול אויף דער אינטערנעשאַנאל ליידיס נאַרמענט 
װואָירקערס יוניאָן. -- א שומרי שבת באװענונג. -- א 
סקעב-אַנענטור. -- בעיל. -- מאָריס זינמאן ביי דער 


קליוולענדער קאָנװענשאָן. 


יענעם יאֶהר (1914) איז אין דער , אינטערנעשאָנעל? פאָר- 
געקומען אַ נאַנץ אוננעוועהנליכע פּאַסירונג. ‏ אַכט מיטנלידער 
פוֹן דער יוניאָן האָט מען באַשולדינט אין ערשטען נראַד מאָרד --- 
אַ באַשולדיגוננ, וועלכע אין געווען נעצילט גענען דער גאַנצער 
אַרנאַניזאַציע. דורך דעם דאָזינען מאָרד-פּראָצעס האָט מען נע- 
האָפט איהר צו פארניכטען. 


די קלאַנע אין געווען אן אומנעלומפּערטער בלבול, צונע- 
טראַכט און אֶרגאַניזירט פון דער יניאָן'ס פּראָמעסיאַנעלע 
שונאים, 9 ראָפּעסיאָנעלע, ויל דער, ואָס האָט אין 
דער קאָנספּיראַציע נעשפּילט די צענטער-ראָלע, אין געווען איינער 
ביי וועמען יוניאָןדברעכעריי איז געווען א פּראָפעסיע. דאָס איז 
געווען א איד מיט'ן נאָמען סולקעס און זיין ביזנעס איז געווען 
אַ נאָכװעהעניש פון דעם אויבען-געשילדערטען ברודער-קריג אין 
דער אינטערנעשאָנעל. 


די דירעקטע און ערשטע אורזאַכע, װאָס האָט נגעפיהרט דער- 
צו, אין געווען די שבת-פראַנע. די גרויסע מאַנופעקטשורערס 
(פאַבריקאַנטען), מיט וועלכע די יוניאָן האָט געסעטעלט, האָבען 
זיך ענטזאנט אין זייערע ,אינסייד שעפּער" (דאָס הייסט, די 
גרויסע שעפּער, װאָס זיי האָבען געפיהרט ביי זיך אַלֵיין) צו 
באַשעפטינען אַזעלכע ארבייטער, װאָס קומען ניט שבת. פאר 
זיי איז דאָס אַ שטערוננ, האָבען זיי ערקלעהרט, 


צוויננען דיזע מאַנופעקטשורערס אריינצונעמען , שומרי- 
שבת? איז די יוניאן ניט געווען אין שטאַנד. פאר די דאָזינע 
פרומע מיטנלידער איז נעבליבען צו זוכען דזשאַבס אין קליינע 
קאָנטראַקט שעפּער, וואו אנשטאָט שבת האָט מען געאַרבײט זונ- 
טאָג זיי האָבען אָבער דוקא געוועלט ארבייטען אין די גרויסע 


אין ,פאָרװוערמס" 228 


מאָדערנע, מיט עלעקטריק-צונעריכטע פּלעצער, וואו אַלְץ אין נע- 
ווען באַקװועמער, לייכטער און אנגענעמער, 

פון דעם ברודער-קאמף אין אין מאנכע הערצער איבערנע- 
בליבען א נאָכנעשמאַק? און דאָס האָט זיך איצט צונויפנע- 
מישט מיט דער אונצופרידענהייט פון דיזע רעליניעזע מיטנלידער. 

דער פאַקט איז, אַז א מאַיאריטעט פון די פרומע קלאוקמאַ- 
כער האָבען נאָר אַלֵיין ניט געוועלט ארבייטען אין די מאָדערנע 
קליידער-פאבריקען, אין קלינע, פאַרעלטערטע שעפּער אוֹיף 
דער איסט סייד, ווא די קאָנטראקטאָרס זיינען נגעווען פאַרציי- 
טינע אידען און וואו אלץ איז צונענאַננען אויף אֵן אַלט-מאָדישען 
היימישען שטיינער, האָבען זיי זיך נעפיהלט אַ סך בעסער. אָבער 
דאָס האָט סולקעס'ען ניט צוריקגעהאַלטען פון די פּלענער, וװעל- 
כע די אונצופרידענע שומרי-שבת האָבען אין איהם אויפנעוװועקט. 
ער האָט דערזעהן אַ גוטען דזשאב פאַר זיך: מאַכען טראָבעל 
דער יוניאָן, 

קורץ, ער האָט אָרנאַניזירט א שומרי-שבת , באַוענונג" נע- 
גען דער אָרנאַניזאציע. מיט אַנדערע ווערטער, פון די אונצו- 
פרידענע שומרי-שבת האָט ער געשאַפען אַ סקעב=) פאַרבאַנד. 
און פון דעם איז ביי איהם אַרויסגעקומען אַ רענעלמעסינע סקעב- 
אַנענטור. אָבער דאָס איז ניט געווען אלץ,. רייכע פאַרבריקאנטען 
האָבען איהם אויפנעהאלטען אלס אַן אלנעמיינעם מיטע? צוצו- 
ברעכען די יוניאן. 

מיט דער סקעבאַנענטור האָט סולקעס זיך ניט באַנוגענט. 
ער האָט אויך נעזוכט אַנדערע וועגען צו שעדינען דער יוניאָן. 
ער איז געווען א גרויסער סקימער. איהם איז, צום ביישפּיל, 
אייננעפאלען, אז ער װעט אפשר קענען אַרויסרופען געננערשאַפמט 
צו דער , אינטערנעשאָנעל? ביי איינפלוסרייכע אידישע מילאָ* 
נערען, וועלכע האָבען מיט דעם קלאוק טרייד קיין שייכות ניט 
געהאַט. ער האָט זיך נעזעהן מיט דזשייקאָב שיף'ען, דעם גרוי* 


*) ,פקעב" חיוסט אַ קרעצעל, אַ געשווירעל אויף ענגלוש, און און 
אמעריקא ווערט דער זעלבער װאָרט געברווכט פון יונואן-לוים, ווען זיוּ 
ריידען וועגען ‏ א סטרייק-ברעכער אָדער וועגען אַן ארבייטער װאָס גע- 
הערט סתם ניט צו דער יונואן פון זוון פאך, 





294 בלעטער פון מוון לעבען 


פען אידישען מיליאָנער און כל?-טוער, ער האָט מיט איהם 
נע'טענה'ט, אַז די יוניאן-פיהרער זיינען אַטעאיסטען, אַז זיי 
גראָבען אונטער די רעליניע ביי די אידישע מאסען. 

דזשייקאָב שיף האָט דאַן וועגען דעם ענין געשריבען צו דער 
יוניאן און איינגעלאדען איהרע פאָרשטעהער צו קומען צו איהם 
זיך דורכריידען,. ה. קליינמאַן, י. האַלפּערן, דזשוליוס וואולף און 
מ. זינמאַן זיינען געווען די יוניאן-פאָרשטעהער, וועלכע האָבען 
איהם דאַן באַזוכט. נאָכדעם וי שיף האָט אויסנעהערט זייער צד 
און ער אין באקאנט געווארען מיט דעם אמת'ן כאראקטער פון 
סולקעס'עס טעטינקייט, האָט ער דעם יוניאן-ברעכער שוין מעהר 
ניט צונעלאָזען צו זיך, 

סולקעס האָט נעזוכט אַנדערע מיטלען דער יוניאן שאָדען צו 
טאָן, אזוי זוכענדיג און אַקערענדינג איז ער אַרויפנעקומען אויף 
אַ טראַנישען צופאַל, וועלכער איז פאָרנעקומען אין דער צייט פון 
דעם גרויסען קלאוק סטרייק אין יאהר 1910. 

וי דער שטיינער אין אין אַ סטרייק, האָט די קלאוקמאַכער 
יוניאן דאן אָרגאַניזירט א פּיקעט קאָמיטע (א קאָמיטעט, װאָס 
גיט אכטונג אז סקעבס זאָלען ניט טאָן די ארבייט פאר די באַלע- 
באַטים, ביי וועמען מען סטרייקט). מיטנלידער פון אזא קאָמיטע 
שטעהען אויף דער װאַך אַרום די פעקטאָריס, און אויב זיי זעהען 
אַ סקעב, ריידען זיי מיט איהם און זעהען איהם צו בעאיינפלוסען. 

אַלס פאָרזיצער פון דער אלגעמיינער פּיקעט-קאָמיטע האָט 
די יוניאן באַשטיסמט מאָריס זינמאַן'ען, וועלכער איז דאן שוין 
געווען איינער פון איהרע וויכטיגע פיגורען. זיין אֶפִיס איז געווען 
אין 85 4טע סטריט, לעבען דער 2טער עועניו. 

אָפּט, אין א סטרייק, גרינדען די באַלעבאַטים שעפּער אין 
אַנדערע ערטער, אין קליינע שטעדטלאַך, וואו זיי זיינען פריי 
פון דער יוניאן'ם װאַכער אויג, ווען די יוניאן דערוװויסט זיך 
פון אַזאַ פּלאַץ, שיקט די פּיקעט קאָמיטע אַהין איהרע מענשען. 
אזוי איז אויך געווען אין דעם קלאוקמאַכער סטרייק פון 1910, 
איינער פון די ערטער, וואו מען האָט געטאָן סקעב-ארבייט פאר 
ניו יאָרקער קלאָוק-מאַנופעקטשורערס איז געווען פּעטשאָג, לאַנג 
איילענד, א שטעדטעלע, וועלכע לינט וויינינער וי צוויי שעה רייזע 


און ,פאָרווערטט" 09 


פון ניו יארק. האָט מאָריס זיגמאַן אַהין אַװועקגעשיקט דריי פון 
זיינע פּיקעטס --- סינגער'ן, וועדיננער'ן און האָלצער'ן. דער 
רעזולטאַט איז געווען, אַז די דאָרטיגע סקעבס האָבען אַװעקנע- 
כיינט די אַרבײיט און זיך אומנעקערט קיין ניו יארק צוזאמען מיט 
זינמאַן'ס שלוחים. די דריי פּיקעטס האָבען זיי געבראַכט אין 
זינמאַן'ס אֶפיס, וואו ער האָט פאַר זיי געהאַלטען אַ רעדע װע- 
גען דעם קאַמף, װאָס די יוניאָן פיהרט אָן אין די אינטערעסען 
פון אַלֶע אַרבייטער פון דעם פאַך, און װוי ניט-שעהן דאָס איז, ווען 
אַן אַרבײיטער געהט גענען זיינע ברידער און גענען זיך אַלין. 


די רעדע איז געווען א פריינדליכע און די געוועזענע סקעבס 
זיינען צוגעשטאַנען צו די סטרייקער. 


דער טראַגישער צופאַל האָט נעטראָפען דעמזעלבען טאָג, ווען 
מען האָט פון פּעטשאג געבראַכט די געװעזענע סקעבס. אַ 
קלאוקמאַכער, מיטן נאָמען לײיבאָוויטש, האָט, געהענדיג פון די 
טרעפּ פון דער הויפּטקװאַרטיר, זיך אויסגעגליטשט און געפאַלען 
אויף הינטען, און דערביי האָט זיין קאָפּ זיך שטאַרק אָפּנעשלאָ- 
נען אָן אַן אייזערנעם טרעפּעל. מען האָט איהם גענומען אין א 
האָספּיטאל און אין אַ פּאָר טעג ארום איז ער געשטאָרבען. באַ- 
שולדיגען אימעצען אין זיין טויט איז דאַן קיינעם נים איינ- 
געפמאלען. 


איצט אָבער, --- אין פיר יאֶהר אַרום --- האָט סולקעס'ען 
זיינער א , מיטקעמפער" דערצעהלט די אַלְטע געשיכטע, און אָנ" 
געוויזען אויף די , מעגליבקייטען", װאָס זי ענטהאַלט, און פּלוצ- 
לונג האָט זיך געפונען אן עדות, װאָס האָט ,אַליין געזעהן? וי 
זינמאַן האָט לייבאָוויטש'ען געשלאָגען מיט אַן אייזען איבער'ן 
קאָפּ. קורץ, די גרענד דזשורי האָט אַרױסגעבראַכט אַן אינדייט- 
מענט (באַשולדיגונגס-אַקט) און מען האָט אַרעסטירט זיגמאַן'ען, 
די דריי פּיקעטס, װאָס זיינען נעפאָרען אין פּעטשאג און נֹאָך 
פיר מיטנלידער פון דער יוניאן: זינמאַן'ס סעקרעטער, אשפּיטץ, 
סאל מעטץ, דזשוליוס וואולף און מאָריס סטופּניקער, 


מען האָט אין דער יוניאָן געזאמעלט אַ פאַרטיידיגונגס-פאָנד, 
די מיטגלידער האָבען זיך אָפּנערופען מיט דער פולער האַנד, ואָי 


56 בלעטער פון מוון לעבען 


רים דער ניט-געשטוינענער בלבול איז געווען דייטליך און די 
ענטריסטונג איז געווען גרויס. אינטערעסאַנט אין, אַז מאָריס 
רובין, דער ,רעװאָלוציאָנער? פון , אוטאָ-אימאַנציפּאַציע", האָט 
זיך נעשטעלט געגען די קאָלעקשאָנס, 


ווען די אַכט קלאוקמאַכער זיינען אָפּגעזעסען אין די טומס*) 
ניין װאַכען, האָט מאָריס חילקוויט, דער לְאִיער פון דער יוניאָן, 
געפּועלט ביי א ריכטער, אַז מען זאָל זיי אַרױיסלאָזען אויף בעיפ 
(אַ געלט משכן, ערבות) ביז דעם פּראָצעס, 

אַז אַ מענשען, װאָס איז באַשוקדיגט אין מאָרד פון ערשטען 
גראַד זאָל מען אַרױסלאָזען אויף בעיל אין א גאַנץ אונגעוועהנ- 
ליכע זאַך. הילקוויט'ס הױיפּט אַרגומענט איז באַשטאַנען אין 
פאָלגענדען : די אַכט באַשולדינטע שטעהען דאָ ניט אַלס פּרי- 
װאָט מענשען, נאָר אַלס מיטגלידער פון איינער פון די גרעסטע 
יוניאנס אין אמעריקא, און די באַשולדיגונג אין ניט אויף זיי 
פּריוואַט, נאָר אויה זיי אַלס פאָרשטעהער פון דער יוניאן. און 
זייער יוניאן איז אַ טייל פון דער גאַנצער אַרבייטער באַװעגונג פון 
אמעריקא. צווייטענס, איז זייער יוניאן אַ טיי? פון אַ מערק- 
ווירדיג ענטוויקעלטען געזעלשאַפטליכען לעבען, װאָס די אימי- 
גראַנטען האָבען אויפגעבויט. אַרום דער יוניאן שטעהען וויב- 
סיגע אָנגעזעהענע מענשען און צוזאַמען מיט דער יוניאן זיינען 
זי פאַראינטערעסירט, אַז די אַכט אַרעסטירטע זאָלען האָבען אַ 
מעגליכקייט צו באַווייזען זייער אונשולד, אַז זיי זאָלען אַנט- 
לויפען, אויב זיי וועלען אַרוסגעהן אוֹיף בעיל, אין דעריבער 
ניטאָ קיין שום געפאַהר. דעם דאָזינען אַרנומענט האָט דער 
ריכטער (דזשאָדזש נאָף) אָנגענומען, 


מיר האָבען אויבען געזעהן, װי אויף דער קאַנװענשאָן פון 
דער ,אינטערנעשאָנעל? אין קליוולענד איז מאָריס זיגמאַן ער- 
וועהלט געװאָרען פעקרעטערי-טרעזשורער (שאַצמייסטער) פון דער 
יוניאן, ער אין אַהין געקומען גלייך נאָך דעם, וי ער אין ארויס 
אויף בעיל, פון די טומס איז ער געגאַנגען ניט אַהים, נאָר די- 


*) די גרעסטע און וווכטיגסטע פּרוזאן (טורמע) אין דער שמאַדט 
כֿון וארק. ' 





אין ,פאַרווערטס" 227 


רעקט אויפ'ן באַהן. מיט דעם נעקסטען צונ אין ער אַװעק- 
געפאָהרען קיין קליוופּֿענד, 

עס איז איבערינ צו זאָנען, אז די דעלענאַטען האָבען איהם 
אויפגענומען מיט אַ װאַרימהערצינער אואַציע. 

גלייך נאָך דעם קאָנװענשאָן האָבען די אכט קלאוקמאַכער זיך 
געמוזט אומקערן אין די טומס, וװאָרים מען האָט געמיינט אן 
נלייך פאַנגט זיך אָן זייער פּראָצעס. דער טרייעל איז אָבער אֶפַ- 
געליינט נעווארען און אָפּנעליינט געװאָרען,. אזוי האָט זיך דאָס 
פארצוינען אויף נאָך צעהן װאָכען, און די אכט יוניאן-לייט זי . 
נען אלץ געזעסען, 


17 
דער מרייעל פּראַצעס). 


דער טרייע? האָט זיך אָנגעהויבען ענדע אונוסט און האָט 
געדויערט דריי ואָכען,. איך בין געווען אין קאורט יעדען 
טאָג, א חוץ הילקוויט'ען זיינען געווען אָנגעשטעלט נאָך פיר 
לאִיערסּ;: דער געוועזענער ריכטער אֶלקאַט, אייב קיוויי (איינער 
פון די וויכטיגסטע קריפּינאַל לאיערס אין ניו יאָרק), מאיר לאָנ- 
דאָן און מאַקס לעווין,. הילקוויט האָט אויפ'ן טרייעל געהאַלטען 
די עפענוננס-רעדע, אין וועלכער ער האָט אויף א ווירקליך מייס- 
טערהאפטען אופן געגעבען אַן אַלגעמיינעם סך-הכל פון דער פאר- 
טיידינונג. דעם קרייץ-פארהער האָט נעפירט אייב קיוויי און די 
שלופי-רעדע, עקס-דזשאָדזש אֶלקאַט, זיי זיינען אויך געווען נלענ- 
צענד, און יעדער האָט נעקענט זעהן, אַז זיי, אזוי װוי הילקוויט, 
זיינען טיף איבערציינט אין דער אונשולד פון זייערע אַכט קליענ- 
טען ; אַז די פאַראַכטונג װאָס זיי האָבען אַרױסגעװיזען צוֹ די 
עדות פאַר דער באַשולדינונג איז ניט קיין נעמאַכטע, נאָר אַ טיף- 
אויפריכטינע. 

איינעם פון די אכט -- האָלצער'ען -- האָט דער ריכטער 
באפרייט נלייך ביים אֶנהוֹיב פון דעם טרייע?. עס וװעט קלינ- 
גען װי אַ שפּאָס, עס איז אָבער אַ פאַקט, אַז די אורזאַכע דער- 
פון איז געווען האָלצער'ס נעוואוקס. ער איז אַזױ קליין געוואק- 
סען, אַז ווען די דעפּיוטי שעריפס פלענען איהם אַריינפיהרען 


00 בלעטער פון מוון לעבען 


אין קאורט, פלענען די דזשורי-לייט זיך צולאַכען. אַז ער זאָל 
זיין א מערדער איז זיי געווען קאָמיש זיך פאָרצושטעלען. 


און נראָד פלעגט ער אימער געהן צוזאמען מיט משה (מאָ- 
ריס) סטופּניקער, וועלכער איז הויך און מיט ברייטע שולטערען, 
וי אַ ריז, פלענט זיך די קאָמישע זייט פון דעם בילד אֶנזעהן 
מיט אַ באַזונדערער דייטליכקייט. קורץ, דער דיסטריקט אטוירני 
(פּראָקוראָר) האָט מורא געהאַט אז דער דאָזינער האָלצער זאָל די 
נאַנצע מאָרד-באַשולדינונג פאַרװאַנדלען אין א קאָמעדיע, און 
מען האָט האָלצער'ען געחייסען נעהן געזונטערהייט! | 


אַ פּאָר טעג שפּעטער האָט דער דזשאָדזש באפרייט נאָך צוויי 
פוֹן די באַשולדיגטע -- סאַל מעטץ'ן און דזשוליוס וואולף'ען. 
עס זיינען אַלזאָ איבערנגעבליבען בלויז פינף. 


דער עדות, װאָס האָט ,אַליין געזעהן? וי זינמאַן האָט 
לייבאָוויטש'ען געשלאַנען מיט אַן אייזען איבער'ן קאָפּ, האָט זיך 
לעכערליך װױידערשפּראָכען און געפּלאָנטערט, און עהנליכעס איז 
געווען מיט אַנדערע עדות, אויף וועלכע דער דיסטריקט אטויר- 
ני האָט געבויט זיין קייס, 


מען האָט נלייך נעזעהן, אַז דער טרייעל װעט פאר די 
פאַרפאַסערס פון דעם בלבו? זיך ענדינען מיט אַ נידערלאַנע. 
דאָך -- ווער קען מיט זיכערחייט פאָראויסזאַנען וי אזוי אַ 
דזשורי װעט פּסק'ען! אין טיף אין האַרצען ביי יעדען פון 
אונז געלעגען א װאָרים פון צוייפעל. און צום שלוס פון 
דעם טרייעל, בשעת די צוועלף געשװאָרענע האָבען זיך אומנע- 
קערט פון זייער באַראַטונגס-צימער, און זייער פאָרמאן האָט 
אַרױסגערעדט די ווערטער ,נאָט גילטי" (ניט שולדינ), אין צו 
אונזער פרייד ניט געווען קיין גרענעץ. 


פון קאורט זיינען מיר אַלע, אריינרעכענענדינ די אַכט 
קלאוקמאַכער, װאָס מען האָט געבראַכט צום טרייעל, אַװעק אין 
דער , פאָרווערטס?-בילדינג. אין דעם גרויסען זאָל האָט זיך 
פאַרזאַמעלט אַן עולם, פאר וועלכען זינמאַן און אנדערע האָבען 
געהאַלטען רעדעס, 


און ,פּאָרווערטס" 289 


18 
דער זשורנאַל , צוקונפּט". 

דער מאָנאַטליכער זשורנאל , צוקונפט" איז די לעצטע פּֿאָר 
יאָהר געווען דאָס איינענטום פון דער ,פאָרווערטס" אַסאָסיאײ- 
שאָן, אין דעם 8טען באַנד פון דיזע ,בלעטער" וװוערט דער- 
צעהלט וי די אידישע סעקציע פון דער סאַציאליסטישער אר- 
בייטער פּאַרטײ האָם אים גענרינדעט אין 1891. זיין ערשטער 
רעדאקטאָר אין געווען פיליפ קראַנץ. אין 1894 בין איך ער- 
וועהלט געװאָרען צו פיהרען דעם מאָנאַטשריפט. איך האָב איהם 
רעדאַקטירט ביז סוף 1897. (זעה 3-טען באַנד, פּיידזשעסם 584, 

5, 458 און 437), 
דער זשורנא? אין דערנאָך איבערנענאַנגען פון האַנט צו 
האַנט. מייסטענס זיינען זיינע אַרוױסנעבער געווען אַ גרופּע סאַָ- 
ציאַליסטען, פינאַנציע? האָט ער זיך אימער געפּלאַגט. אַזױ 
האָט זיך דאָס געצוינען ביז דעם זומער פון 1912. דער ,פאָר- 
ווערטס", וועלכער איז שוין דאַן געווען פעסט איינגעפונדעוועט 
אין אַ נוטען פינאַנציעלען צושטאַנד, האָט דעם זשורנאַל דאַן 
איבערגענומען, עטליכע מאָנאַט שפּעטער האָט די , פאָרווערטם" 
אסאַסיאיישאָן אלס רעדאקטאָר פון דער ,צוקונפט" אויסער- 
וועהלט דעם פּאָעט ליעסין, וועלכער רעדאַנירט איהם עד היום. 


19 
מאיר לאָנדאָן ערוועהלט צום קאָנגרעס, 


די נרעסטע פּאַסירונג װאָס איז פאָרנעקומען אין אונזער באַ- 
ווענונג אין דעם הערבסט פון 1914 איז געווען די ערוועהלונג פון 
אונזער קאַנדידאט מאיר פאָנדאָן אלס קאָנגרעסמאַן פון 12טען 
קאָנגרעשאָנעל דיסטריקט. 

פאַר די ניט-אַמעריקאַנישע לעזער דאַרף מען צוערשט באַ- 
מערקען, אַז דער קאָננרעס איז דער אַמעריקאַנער פּאַרלאמענט. 
ער באַשטײט פון צוויי טיילען : אַן אונטערהויז, וועלכע הייסט 
,האָוס אוו רעפּרעזענטאַטיווס?, און אן אויבערהויז, וועלכע 
הייסט , סענאט?,. וען מען זאָגט ,קאָנגרעסמען" מיינט מען אַ 
דעפּוטאַט צו דער אונטערהויז. די מיטנלידער פון דער אוו" 
כערשטער הויז רופען זיך פענאַטאָרען. 


240 בלעטער פון מוין לעבען 


וי איך האָב שוין געהאָט אַ געלעגענהייט צו ערקלערען אין 
דיזע , בלעטער?, זיינען די אומשטענדען, װאָס רינגלען אַרום 
די סאַציאַליסטישע באַװעגונג אין אַמעריקא, גאַנץ אַנדערע וי אין 
אײיראָפּא,. ‏ דער איראָפּעאישער אַרבײיטער אין קלאַסען-בא" 
וואוסט,. דער אַמעריקאַנער אַרבײיטער אין דאָס ניט. עס לעבט 
זיך איהם אַ סך בעסער און ער האָט גרעסערע מעגליכקייטען 
זיך , ארויפצואַרבייטען". קיין אַריסטאָקראַטיע, קיין אַדעלינע, 
איז אין די פאראייניגטע שטאַאַטען קיינמאָל ניט געווען. דורך 
דעם איז זיין נאַנצע פּסיכאָלאָניע אַן אַנדערע. אין איראָפּא 
האָבען די ארבייטער זייערע אייגענע פּאַרטײען -- סאָציאליס- 
טישע פּאַרטײען, אין אמעריקא באַטראַכט זיך די אַרבייטער- 
מאַסע פּאָליטיש ניט אַלס אַ באַזונדערער קלאַס. די אַמעריקאנער 
פּראַלעטאַריער געהערען צו די זעלבע פּאַרטײען װי די קאַפּי 
טאַליסטען --- צו דער דעמאַקראַטישער אָדער רעפּובליקאַנישער. 
די סאַציאַליסטישע פּאַרטײ פון אַמעריקא איז פאָרלויפיג נאָך 
ניט די פּאַרטײ פון די ברייטע אַרבײיטער מאַסען. 

דעם סאַציאליסטישען געדאַנק אין באַצונ צוֹ פּאֶליטיק 
האָט צווישען די אידישע אַרבײיטער מאסען פון אמעריקא, 
דאָס הייסט צווישען אונזערע אימינראנטען, אריינגעבראכם די 
סאָציאליסטישע אינטעלינענץ, וואס אין געקומען מים זיי צו" 
זאמען פון רוסלאַנד אין ניו יארק זיינען כמעט אַלע סאַציא- 
ליסטישע שטימען אָפּנענעבען געווארען צוערשט פון דייטשען, 
וועלכע האָבען זייער סאַציאליזם געבראכט פון זייער אלטער 
היים, און דערנאָך (ווען אונזערע אימינראַנטען האָבען שוין גע" 
האָט אַ היבשע צאָל סיטיזענס) זיינען סאַציאליסטישע שטימען 
אָפּנעגעבען געווארען אויך פון אידישע ארבייטער, וועלכע האָבען 
דעם סאַציאַליזם געבראַכט פון זייער אַלטער היים. 

מיר האָבען אויבען געזעהן, אז אין מילװואָקי, וועלכע איז א 
דייטשע שטאָדט, איז די סאַציאליסטישע באַװעגונג געווען שטאַר- 
קער ענטוויקעלט ווי אַנדערשוואו. און דאָרט האָט מען ערוועהלט 
דעם ערשטען סאַציאליסטישען קאָנגרעסמאַן, װיקטאָר בערגער. 

מיר, אין דעם אידישען קװואַרטאַל פון ניו יארק, האָבען אי" 
מער געטרוימט צו ערוועהלען א סאַציאליסטישען קאָנגרעסמאַן 


אין ,פּאָרווערטט" 24 


פון אונזערע רייהען,. עס איז אָבער גענאַנגען זעהר לאַננזאַם. 
אין די פריהערדינע יאהרען אין נאָר קיין האַפנונג ניט געװען 
אויף דעם. סממשות'דינע ערווארטוננען האָבען זיך ביי אונן 
ענטוויקעלט ערשט די לעצטע צייט. אַלע צויי יאֲהֶר פלענען 
מיר ארויסשטעלען אונזערע קאַנדידאטען, אָבער אֶהן אַן אויס- 
זיכט זיי צו ערוועהלען. דאָס ערשטע מאָל ווען מיר האָבען 
נאָמינירט אַזאַ קאַנדידאַטס מיט אַן ערנסטע האַפנונג אויף א 
ממשות'דינען רעזולטאַט איז געווען אין 1908. פיר האָבען דאן 
נאָמינירט מאָריסם חילקוויט'ן, דעם פיהרער פון דער סאַָציאַליס- 
טישער פּאַרטײי, אַלס קאַנדידאַט צום קאָנגרעס פון דעם 12טען 
קאַנגרעס-דיסטריקט,. דאָס הייסט פון דעם גענענד, וואו עס 
שטעהט די ,פאָרווערטס"-נעביידע. דאָס אין דער צענטער פון 
דער אידישער איסט סייד. סיר האָבען אָנגעפירט אַ טעטינען 
קאַמפּיין, אַלֶע גענאָסען האָבען זיך מיט באַגייסטערונג אָפּנעגעבען 
צו דער אַניטאַציע. 

הילקװיט האָט געצוינען א נרויסען וואוט. ער איז אָבער ניט 
עלעקטעט געװאָרען. צוויי יאֶהר שפּעטער האָבען מיר איהם נאָ- 
מינירט אַ צווייטען מאָל און ער איז ווידער ניט ערוועהלט נגעװאָ- 
דען, צוויי יאֶהר נאָך דעם, אין 1912, וי אויבען איז דער- 
צעהלט געװאָרען, האָבען מיר נאָמינירט לאָנדאָן'ען, דעם פֹּאַ- 
פּולערען רעדנער און ליבלינג פון די אידישע אַרבייטער מאַסען. 
מיר האָבען ווידער אָננעפירט אַ לעבעדינען קאמפּײן. א גרויסע 
צאָהל גענאָסען און סימפּאַטיזירער האָבען געאַרבײיט מיט אַלע 
קרעפטען. דער קאַנדידאַט אַליין האָט נעהאַלטען עטליכע רע- 
דעס יעדען אָװענט. דער רעזולטאַט איז אָבער ווידער געווען ניט 
קיין פרעהליכער. דאָך מוט האָט ער אונז פאָרט צונענעבען. 
מיר װאָלטען אָבער דעם קאַמף סיי-ווי-סיי ניט אויפנענעבען. 

אין 1914 איז לאָנדאָן אלזאָ ווידער נאָמינירט געווארען און 
דיזען מאָל איז ער אַרױסגעקומען זינרייך. ‏ דער קװארטאל? האָט 
בוכשטעבליך געפּלאַקערט מיט נצחון-פרייר, 

אויף דעם סקווער ארום דעם , פאָרװוערטס" און ביי אַרו- 
מינע נאסען איז דעם אֶוענְט פון די וואהלען, דינסטאָג, דעם 
דריטען נאָוועמבער, געווען א געדיכטע מענשליכע מאַסע פון 


249 בלעטער פון מוון לעבען 


עטליכע צעחנדליג טויזענד פּערזאָן, װאָס האָבען געװאַטשט אונ- 
זערע עלעקטרישע סיננאַלען און פטערעאָפּטישע גלעזלעך, אויף 
וועלכע עס זיינען אַנאָנסירט געווארען די עלעקשאָן ציפער פון די 
פאַרשידענע טיילען פון דעם 12טען דיסטריקט. ווען עס איז 
באקאנט נעווארען אַז לאַנדאָן אין ערוועהלט געווארען זיינען 
פאָרגעקומען אונבאשרייבליכע יובעל-סצענעס, 


דעם זעלבען אַווענט אין אונז אנגעקומען אַ טעלענראמע 
פון מילװאָקי, אז בערנער איז ווידער ערװועהלט געווארען צום 
קאָנגרעס און אַז אונזער פּאַרטײ האָט דאָרטען אויך ערוועהלט אַ 
צווייטען קאַנדידאט צום קאָנגרעס, גענאָסע געילארד,. לויט דיזער 
דעפּעשע האָט אונזער פּאַרטײ געזאָלט אריינטרעטען אין קאָנ- 
גרעס מיט דריי פאָרשטעהער -- אן אוננעהייערער שריט פאָך- 
אויס. ליידער אָבער האָט זיך אויף מאָרגען אַרױסגעצײגט, אַז 
די מילװאָקער טעלענראַמע איז אַ טעות. אפילו בערגער איז אויך 
ניט ערוועהלט געווארען. מיר האָבען עלעקטעד מאיר לאָנדאָן'ען, 
אָבער מיר האָבען פארלאָרען װיקטאָר בערגער'ן. מיר האָבען 
ווידער בלויז איין סאציאליסטישען קאָנגרעסמאַן, הייסט עס. דאָס 
איז געווען אַ שטערונג צו אונזער שמחה. אָבער דאָך, ביי אונז 
אויף דער איסט סייד, איז די פרייד מיט אונזער זיג געווען אַזױ 
גרויס, אז זי האָט אַלְץ פארטויבט. 


מיטװואָך אין דער פריה, איז דער , פאָרווערטס" כמעט אין 
גאַנצען געווען פארנומען מיט אונזער נצחון. פון אויבען אויף 
דער ערשטער פּיידזש האָט אַ שורה, מיט דיקע, ריזינע בוב- 
שטאַבען און מיט רויטע טינט, פּשוט נעפלאַמט מיט די ווערטער : 

,מאיר לאָנדאָן עלעקטעך |" 

אונטען אין געשטאַנען א בילד פון דעם העלד פון טאָנ. 
די זעלבע פּיידזש האָט ענטהאַלטען אַן ארטיקעל וענען דער 
גרויסער געשעהעניש, וועלכער אין געווען געזעצט מיט נרע- 
סערע בוכשטאבען וי געוועהנליך, 

אין דעם דאָנערשטאנדינען ,פאָרווערטס" אין א גרויסעף 
עדיטאָריעל געווידמעט צו ,אונזער יום-טוב" און דריי קאָלומנס 
זיינען פארנומען מיט אַן ארטיקעל וואס טראָנט אויף זיך א 
גרויסען איבערשריפט: ,דער היסטאָרישער אװענט אין או- 


אין ,פאָרווערטס" 848 


דישען קווארטאַל?, איבער דעם אַרטיקע? געפינט זיך אַ בילד, 
ספּעציעל געצייכענט פאר'ן ,פּאָרװוערטס?, וואס שטעלט פאָר וי 
מאיר לאָנדאָן שטעהט און רעדט פאַר די אידישע מאסען. 


דעם נעקסטען זונטאָג האָבען מיר געפייערט אונזער זיג אין 
מעדיסאָן סקווער גארדען, און ועגען דעם אין יענעם טאָג נע- 
ווען אן ארטיקעל אין ,פאָרװוערטס? אונטער אן איבערשריפט 
מיט גרויסע בוכשטאבען : 

,קומט באַגריסען אייער ערשטען פאַרטרעטער אין קאָנגרעס 
מאיר לאָנדאָן". 

אַלס רעדנער אויף דער גרויסער פארזאמלונג אין מעדיסאָן 
סקווער גאַרדען זיינען אַנאָנסירט געווען : , לאָנדאָן, קאהאן, ראָס- 
סעל, הילקוויט, פייגענבוים און אַנדערע", | 

דער לייט-אַרטיקעל אין דעם נומער פון זעלבען טאָג אין 
װוידער פול מיט אונזער שמחה. 

דער מעדיסאָן סקווער נאַרדען פלענט ארייננעמען העכער 
וי 14,000 פּערזאָן, דיזען מאָל איז ער געווען אַבסאָלוט איבער- 
געפּאקט. דער איבערשריפט איבער דער באשרייבונג פון דער 
פאַרזאַמלונג איז: , לאָנדאָן'ס זיג געפייערט מיט אונבעשרייבלי- 
כער באַגויסטערונג". אונטער דעם, מיט קלענערע וערטער, 
שטעהט : ,19 טויזענד ארבייטער, מענער און פרויען, באַנריסען 
דעם ערשטען סאַציאַליסטישען קאָנגרעסמאַן פון דער איסט סאיד". 

מיט לאַנדאָן'ס אַריינטרעטען אין קאָנגרעס אַלס סאַציאַליסטי- 
שער פאָרשטעהער האָט זיך אָנגעפאַנגען א נייער לעבען אין דער 
פאַציאַליסטישער באַועגונג פון ניו יאָרק. 

לאַנדאָן, אלס קאָנגרעסמאַן, האָט געצוינען אויפמערקזאמקייט 
צווישען װאַשיננטאָנער קאָלעגען אויך. פילע פון די אַנדערע 
קאָנגרעסלייט, אַמעריקאַנער פון פאַרשידענע סטייטס, האָבען זיך 
אינטערעסירט מיט זיינע רעדעס און מיט איהם פּערזענליך. די 
אידישע ארבייטער פון ניו יארק און אַנדערע גענאָסען איבער 
גאַנץ אַמעריקא האָבען געוואוסט דערפון. דאָס בפרט, און דער 
פאַקט בכלל, אַז מיר, אידישע סאַציאַליסטען, האָבען עלעסטעך 
אַ פאָרשטעהער צום װאַשינגטאָנער קאָנגרעס, איז געווען אַ קװאָל 
פון אַ נייער באַגייסטערונג פאר אונזערע גענאָסען, 


{ 


די פרענק דראַמא 


די פֿרענק דראַמא. 
1 


דער ביילים פּראָצעס אין קיעוו און די פרענק קעים אין 
אטלאַנטא, דזשאָרדזשיא. : 


דער עלילת דם פַּראָצעס איבער מענדעל בייליס'ען אין קיעוו, 
און דער מאָרד טרייעל (משפּט) איבער ליאָ מ. פרענק'ען אין 
אַטלאַנטא זיינען פאָרגעקומען אַרום דער זעלבער צייט -- אין 
הערבסט, 1914,. דער אַמעריקאַנער טרייעל האָט זיך געענדיגט 
דעם 25טען אונוסט, זעקס װאָכען איידער דער קיעווער פּראָצעס 
האָט זיך אָנגעהויבען. 

מיר, דאָ אין אמעריקא, האָבען מיט בייליס'עס שיקזאַל זיך 
צוערשט אינטערעסירט אַ סך מעהר װוי מיט פרענק'ס. גאָרניט 
אין ערך מעהר. ווערענד דער ,פּאָרווערטס", צום ביישפּיל, האָט 
אויף דעם קיעווער עלילת דם אָפּנעגעבען צענדליגע און צענדלינע 
קאָלומנס, האָט ער דער פרענק געשיכטע די ערשטע עטליכע מאָ- 
נאָט געווידמעט נאנץ וייניג פּלאַץ, די אורזאַכע דערפון איז 
באַשטאַנען אין דעם, װאָס די ערשטע צייט אין מען ביי 
אונז מיט דעם ריכטינען אינהאַלט פון דער אַטלאַנטער דראמא 
ניט געווען בעקאנט,. סיט דער אויסנאַמע פון אַן עננען קריין 
אין אַטלאַנטא, האָט מען אין אַמעריקא ווענען דער געשיכטע גע" 
האט א טעות. מען האָט נאָר נגעוואוסט אַז די פּאַליצײי און דער 
סאַליסיטאָר דזשענעראל {פּראָקוראָר) באַשולדיגען אַ אידישען 
יונגען מאַן מיט'ן נאָמען פרענק אין ערמאָרדען אַ פערצען-יאָה- 
רינע קריסטליכע מיידעלע, אלס רעזולטאַט פון זיין אוננאַטירלו- 
כער הולטאַיסטװאָ, מעהר האָבען מיר אייגענטליך ניט געוואוסט 
אַפילן דאַן, ווען עס איז אָנגעקומען די דעפּעשע אַז די דזשורי 
האָט פרענק'ן ערקלעחרט שולדינ. צוייפלען אין דער גערעכ- 


647 


548 בלעטער פון מיין לעבען 


טינקייט פון דעם וװוערדיקט האָבען מיר ניט געהאַם קיין אור" 
זאַכע, זואָרים מיר האָבען געהערט נאָר די אָפיציעלע זייט פון דעם 
טרייעל, און אױיספאָרשען אַליין האָט מען זיך פּשוט נים אינ" 
טערעסירט, ווייניג עקעלהאַפטע מאָרדען ווערען באַגאַנגען ! דאָס 
װאָס פרענק איז א איד האָט די לאַנע אין אונזערע אויגען ניט 
געענדערט,. פארקעהרט: ויי? דער באַשולדיגטער איז א איר, 
אין די געשיכטע אונז געווען אונאַנגענעם און מען האָם קיין 
חשק ניט געהאַט פון איהר צו מאַכען צופיל וועזען. 

גאַנץ אַנדערש איז געווען מיט בייליס'ען, זיין פּראָצעס איז 
נעווען דירעקט געבויט אויף אן אַנטיסעמיטישען לינען און זיין 
אונשולד איז געווען זעלבסטפאַרשטענדליך פאַר יעדען, מיט דער 
אויסנאַמע פון די אונוויסענדסטע שװאַרצע-מאה'ניקעס. עס אין 
געווען אַ מיטעל-אַלטערשער בלבול נענען דעם גאַנצען אידישען 
פאָלק. אַ חוץ דעם: בייליס אין אָפּגעזעסען אין טורמע צויי 
יאָהר מיט צוויי מאָנאַט איידער דער ,סוד" (פּראָצעס) איבער 
איהם האָט זיך אָנגעפאַנגען. מיט דער סענסאַציע האָט געקאַכט 
איבער דער נאַנצער וועלט. 

מענדעל בייליס איז ביי אונז געווען א מאַרטירער. אויסצן" 
ריידען זיין נאָמען אין איין אָטעם מיט פרענק'ס נאָמען אֶהן אַ 
,להבדיל" װאָלט געהייסען פאַרשועכען אַ הייליגטום. 

ערשט נאָך פרענק'ס טרייעל האָבען אונז גענומען דערגריי- 
כען קלאַנגען, װאָס ווייטער אַלס קלערערע און דרינגליכערע, אַז 
ער איז אַן אונשופדיגער מענש. און אַפילן דיזע קלאננען האָבען 
קיין דירעקטע שייכות מיט דער פראַנע פון אַנטיסעמיטיזם נים 
געהאַט. | 

די ערשטע שטימע צו גונסטען פון פרענק'ען האָבען מיר 
דערהערט גלייך נאָכדעם וי דער , פּאָרװערטס" האָט אָפּגעדרוקט 
די דעפּעשע פון אַטלאַנטא וועגען דעם װערדיקט. אין דעם נעקס- 
טען נומער, אין דעם ,פּאָרװוערטס" פון אונוסט רעם /2טען, איז 
געווען געמעלדעט, אַן מען האָט שוין פרענק'ען פּאַראורטײילט 
צום טויט, און אונטער דיזער דעפּעשע אין געשטאַנען דאָס 
פאָלנענדע : 

,עס הערשט אַן איינדרוק, אַז פרענק איז אונשולדיג, אַז ער 


דו פרענק דראַמא . 1489 


איז א קרבן פון א נידערטרעכטיגען בלבו?, פואיס פעחר, אַ נין- 
יאָרקער זשורנאַליסט (אַ קריסט), א מיטאַרבייטער פון דער הינער 
, טאימס", האָט נעכטען פאַרשפּרײיט אן ערקלערונג, אז ער איז גע- 
ווען אינטים באַפריינדעט מיט פרענק'ען אין דער צייט ווען ביידע 
זיינען געווען סטודענטען אין קאָרנעל אוניווערזיטעט; אַז פרענק 
איז דאן געווען א מוסטער פון אַנשטענדינקייט, אַז זיינע געדאנקען 
זיינען שטענדיג געווען באַשעפטיגט מיט'ן לערנען, און אַז עס אין 
אונמענליך, אַז ער זאָל פּלוצלינג זיך האָבען געביטען אויף אזוי- 
פיל, דאָס ער זאָל זיין פעהינ צו באַנעהן דיזען מאָרד. פעהר 
גלויבט עס ניט, ער איז איבערציינט, אַז די גאַנצע קלאַנע געגען 
איהם איז אַ קאָנספּיראַציע. דעם טרייעל אין אַטלאַנטא ערקלערט 
ער פאַר א שטיק נרויזאמע באַרבאַרײ און אונגערעכטינקייט, און 
ער ווענדט זיך צו דער עפענטליכער מיינוננ און צו איינפלוס- 
רייכע פּערזאָנען, אַז זיי זאָלען העלפען זיין אַמאָלינען קאַמעראַד 
אין זיין אומנליק, ער האָט נעשיקט בריף צו אָסקאַר שטראוס'ען 
און צו די פּראָפּעסאָרען טיק און באָדזשערס, פרענק'ס אַמאָלינע 
לעהרער, און אויך צו אַנדערע". 

פון אַטלאַנטא נופא האָבען אָנגעהויבען צו קומען באַריכטען 
מיט איינצעלהייטען וועגען דער פרענק קייס,*=) פון וועלכע דער 
עולם האָט פריהער ניט געהאַט קיין באַנריף. 

די קייס האָט נענומען וועקען אַ נייעם אינטערעס איבער'ן 
לאַנד, עס איז געווען א פראַנע פון נערעכטינקייט און פון סימ- 
פּאַטיע מיט אַ קרבן פון אַ בלבול?, און דורך דעם האָט זיך אַרום 
דער פרענק נעשיכטע פאַרנאַנדערנעװואַקסען אַ פיל נרעסערע סענ- 
סאַציע וי די טאָרד-געשיכטע איז אימשטאַנד געװען ארויסצו- 
רופען פריהער. פיר ריידען דאָ ווענען דעם אינטערעס אין אַלע 
אַנדערע שטאאטען, װאָס אַנבאטרעפט דזשאָרדזשיאַ און די דער- 
בייאינע שטאַאַטען, איז די שטימונג ביי די מענשען נעווען אַ 





*) אַ, דיעלאָ?, אַ פראָצעס. עס הווסט דער גאַנצער פּראַצעס, פון ביידע 
צדדים. דער װואָרט ווערט אָבער אווך געברויכט װעגען יעדען צד באַ- 
זונדער. ‏ מען װאָגט צום בוישפול: ,דו אָנקלאַגע איז פארטוג געץ- 
וװואָרען מוט איהר קייס, און די פאַרטוודוגונג האָט אָנגעפאנגען אוהרע; 
אָדער: ,דו אַדװאָקאַטען האָבען אַ שטאַהקע קווס", למשל. 


380 בלעטער פון טיין לעבען 


נאַנץ אַנדערע און די גאנצע נגעשעהעניש האָט נגעהאַט אַן אַנדער 
פּנים. 

פון דער פרענק קייס האָט זיך ענטוויקעלט איינע פון די דראַ- 
מאַטישסטע פּאַסירונגען אין דער געשיכטע פון קרימינאַל פּראַ- 
צעסען. 

צו דער זעלבער צייט האָט מען אין פאַרבינדונג מיט דיזער 
קייס נענומען הערען ווענען סמנים פון אַנטיסעמיטישע געפיה- 
לען. אַלס רעזולטאַט דערפון איז ביי אידען אַלץ טיפער געװאָ- 
רען דער איינדרוק, אַז פרענק אין אַ קרבן פון אַ העצע וויל 
ער איז אַ איד. װווי מיר וועלען זעהן, קען מען דאָס ניט זאָגען 
ווענען די אידען פון אַטלאַנטא נופא. זיי האָבען געוואוסט, 
אַז די אַנטיסעמיטישע זייט פון דער סקייס האָט אַרױסגעשפּראָצט 
פון אומשטענדען, וועלכע האָבען מיט'ן אַנטיסעמיטיזם ניט גנע" 
האָט צו טאָן,. (עס האָט זיך אָנגעקליבען גענוג אַנטיסעמיטישע 
ניפט אויך ; אָבער דאָס איז געווען שפּעטער). אין צפון שטאַ- 
טען אָבער האָבען אידען דאַן גענלויבט, אַז אויב פרענק איז 
ווירקליך אונשולדיג (זיכער זיינען זיי אַ היבשע צייט נאָך אַלץ 
ניט נגעווען), איז דער בלבו? אויף איהם מסתמא די פרוכט פון 
דער געוויינליכער אנטיסעמיטישער פלאַנצונג. אַלזאָ, האָט מען 
איהם שוין אָפט פאַרנליכען צו בייליס'ען. נאָך עפטער פלעגט 
מען הערען די ווערטער , דער אַמעריקאַנער דרייפוס". 

אין מערץ, 1914, בין איך אַװעקנעפאָהרען קיין אַטלאַנטא 
מיט דעם צוועק צו שטודירען די קייס אויפ'ן פּלאַץ און זיך צו 
ערקונדינען וואס איז דער אמת אין די אַלֶע קלאַנגען און מיינונגען 
וועגען דער קייס. איך האָב שטודירט ביידע צדדים. איך האָב זיך 
נעזעהן מיט מענשען פון ביידע לאַגערען, אַריינרעכענענדיג דעם 
סאָליסיטאָר דזשענעראל, מיט וװעמען איך האָב פאַרבראַכט אַ 
פּאָר שטונדען צייט. פרענק'ן האָב איך יעדען טאָג באַזוכט אין 
זיין אייזערנעם פעל, וואו ער איז געזעסען אַ פאַראורטיילטער צום 
טויט. 

די טראַנישע געשעהעניש איז שוין זעכצען יאָהר אַלט. אונ- 
זער יוננער דור איז מיט איהר וויינינ באקאנט. נאָך אַ דור 
און די טרויעריגע געשיכטע ועט װאַרשיינליך אין נאַנצען פֿאַר" 


די פרענק דראַמא 281 


נעסען ווערען, און װאָס אַנבאטרעפט די אידען פון אונזערע 
אַלטע היימען, זיינען זיי מיט איהר קיינמאָל ניט געווען באקאנט, 

איך האָב אין איהר גענומען אַ טיפען אינטערעס -- אַלס 
,פאָרווערטס"-שרייבער און פּשוט אַלס מענש און אַלס איד, און 
אויך אַלס פרענק'ס פּערזענליכער פריינד. די איינדרוקען מיט 
וועלכע איך בין צוריקנגעפאָהרען פון אטלאנטא און די, וואס איך 
האָב באַקומען פון זיין ווייטערדינען שיקזאל, זיינען צווישען די 
טיפסטע און שמערצליכסטע איינדרוקען װאָס זיינען װען עס 
איז געשאַפען געװאָרען אין מיר, 

די פרענק-נגעשיכטע פוז אויפנעשריבען ווערען, מיט אייו= 
צעלהייטען, אויף אידיש, זי דאַרף זיך געפינען אין אידישע ביב- 
ליאָטעקען אפשר נעהערט זי ניט אין גאַנצען אַהער, אמשר 
װאָלט געווען פּאַסענדער איהר ארויסצונעבען אין א באזונדערען 
בוך. ‏ איך קען אָבער ניט אָפּטײלען דאָס, װאָס איך האָב פער- 
זענליך געזעהן, געהערט און געפיהלט אין דיזער דראמא, ווען איך 
בין געווען אין אמלאנטא, פון דעם, וואס איך האָב דורכנעפיהלט 
שפּעטער, לייענענדיג אַלע דעפּעשען און אַרטיקלען, װאָס האַ- 
בען נגעהאַט אַ שייכות צו פרענק'ס שיקזאַל. 

איך האָב וועגען דער קייס געשיקט צום , פאָרװוערטס" טעלע- 
גראַמען פון אַטלאַנטא, און געשריבען אַ לאַננע סעריע אַרטיקלען 
זייענדיג שוין צוריק אין ניו יארק. אָבער דאָס אַלְץ באַשטעחט פון 
צואװאָרפענע צויטמעסינע לעזע-שטאָף. ווען שרייבענדיג דיזען 
באַנד פון ,די בלעטער", בין איך צונעקומען צו דער פרענק 
דראמא, איז אין מיר אויפגעוװועקט געװאָרען אן אַלטע וואונד, 
איך בין אַרײיננעצויגען געװאָרען אַלץ טיפער און טיפער אין דער 
אַרבײט, 

פון יאהר 1914 זיינען ביי מיר פאַרבליבען פילע נאָטיצען, 
וועלכע איך האָב דאַן ניט געקענט געברויכען --- טיילווייז דורך 
ספּעציעלע אורזאַכען, וועלכע וועלען ערקלערט ווערען וייטער, 
איצט האָב איך זיי אויפגעזוכט. א חוץ דעם אין מיר דיזען 
מאָל אויסגעקומען פוֹן דאָס ניי צו לעזען דיקע בענדער פון 
אַלטע אָפיציעלע באַריכטען און אַנדערע דאָקומענטען און צו 
עפענען אַ קאָרעספּאַנדענץ מיט אַלטע פריינד פון אטלאַנטא, וועל- 


580 בלעטער פון מיין לעבען 


כע האָבען אין הער פרענק געשיכטע א וויכטינע ראָלע געשפּילט. 
דעם רעזו?טאַט פון דעם אלעם, צוזאַמען מיט מיינע אייגענע דע- 
פּעשען און אַרטיקלען פון 1914, האָב איך אָרגאַניזירט און האָב 
אויסגעאַרבייט די היסטאָרישע ערצעהלונג מיט אַ סדר און מיט 
באַלײיכטוננען,. דאָס װאָס איך האָב וװענען דער קייס נטֵײ 
שריבען פאַר דעם ,פאָרווערטס" אין 1914 און אין 1919, האָט 
מיר נעקענט דינען נאָר אַלס מאַטעריאַ?. 


2 
אידען און קריסטען אין רי דרום שמאאטען. 


אַנטיסעמיטיזם אין אַטלאַנטא, די הופּט-שטאָדט פון דעם 
שטאַאַט דזשאָרדזשיא, און אין דער סאוטה*) איבערהויפּט, אין 
פריהער נעווען נאַנץ וויינינ. קריסטען און אידען האָבען זיך 
באַװעגט אין דער זעלבער נעזעלשאַפט. אין דיזער הינזיכט אין 
די סאוטה פאַר אידען געווען גינסטינער װוי די צפון-שטטאטען. 
די דאָרטינע ווייסע קריסטען זיינען שטאָלץ ביי זיך און האַל- 
טען שטאַרק פון יחוס, אָבער דאָס האָט זיי ניט געשטערט צו 
באַהאַנדלען אידען װי איינענע מענשען. 

זייער יחוס-געפיהח?ל שטאמט פון יענע צייטען, וען עס האָט 
דאָרטען נעהערשט נענער-שקלאַפעריי, ווען די שװאַרצע זיינען 
געווען די קנעכט און די ווייסע זיינען געווען באַלעבאַטים איבער 
זיי, װי איבער בהמות ; און זיי האָבען זיי געקויפט און פאַר- 
קויפט אויך װוי בהמות. די וייסע האָבען זיך נעפיהלט וי 
פּריצים אין דער צייט פון , פּאַנסטשינא" אין רוסלאַנד און אין 
פּױילען. און דער דאָזינער פּריץ-געפיה? און פּריץ-שטאָלץ אין 
ביי זיי פאַרבלינען. די אַמעריקאנער פון דער נאָרטה האָבען 
קיין שקלאַפען ניט געהאלטען. זיי זיינען קיין ,פּריצים" ניט 
געווען,. דיזער ,פּריץ"-נעפיה? פון די סאָדערנערס האָט אָבער 





*) סאַוטה חייסט דרום אווף ענגלוש. דאַָ מוונט מען מיט דעם 
װואָרט ספּעציעל דו דרום'דינע מוול פון דו פאַראיונוגטע שטאַמען. 
נאָרמה הווסט צפון -- די צפון דיגע טייל פון די פֿאַראווניגטע שמאַ- 
מען. סאָדערנער אַזוי אונגעפעהר װוערט דער װאָרט אַרויסגע- 
רעדט) היוסט אַ ווייסער מענש פון דער סאומטח. 


די פרענק דראַמא 08 


ניט נעהאַט קיין שייכות מיט זייערע באַציהוננען צו זייערע אידישע 
מיט-בירנער, זיי ווייסען הויפּטזעכליך פון דעם אונטערשיד צווי" 
שען ווייס און שװאַרץ; און אַזױי וי אידען זיינען ווייס, זיינען 
אידען ביי זיי געווען מענשען מיט מענשען גלייך.*) פון אַזעלכע 
אומגינסטיגע באַציהוננען צו אידען וי די, װאָס מען זעהט אין די 
הויכע פענפטער פון ניו-יאָרק, פילאַדעלפיא אָדער באָסטאָן, האָט 
מען דאָרטען ניט געוואוסט, 

אז א איד זאָל זיין דער מעיאָר פון א נרויסער שטאָדט אין 
דער סאוטה איז ניט געווען קיין אוננעוועהנליכע זאַך. אין די 
גרעסטע לאָאָדאָפיסעס (אַדװאָקאַטען-ביוראָס) זיינען אידען און 
קריסטען געווען שותפים. דער סאָליסיטאָר-דזשענעראל (דיס- 
טריקט אַטױרני, פּראָקוראָר), היו מ. דאָרסי, וועלכער האָט נע- 
פיהרט די באַשולדיגוננ גענען פרענק'ען, האָט, אַפילו אין דער 
צייט פון דעם פּראָצעס, געהאָט אַ אידען אלס פּאַרטנער אין זיין 
פּריוואַטען ביוראָ, 

איבערטרייבען די דאָזינע פריינדליכקייט צו אידען דאַרף 
מען אָבעד אויך ניט. דער סאָדערנעד קריסט אין שטאָלץ, אויף 
אַ פרעמדען קוקט ער פון אויבען אַראָפּ; און אַ איד, ער מעג 
אויך זיין אַ סאָדערנער, און זאָנאַר פון פילע דורות, אין ביי 
איהם אַלֹץ אַ מיטגליד פון אַ פרעמדער ראַסע. א חוץ דעם: 
אַ שטילע, פאַרשלאָפענע אַנטיסעמיטישע מענליכקייט לינט פאַר- 
באָרגען אין האַרצען אַפילו פון דעם אידען-פריינדליכסטען קריסט. 
פילייכט געהט דאָס איבערהויפּט אויף די געפיהלען צווישען מענ- 
שען פון פאַרשידענע פעלקער. אָבער דער איד אין דאָך אַ 
מיטנליד פון אַזאַ ווייט-פרעמדען פאָלק, און דערצו נאָך פון אֵן 
אייביג פארשטויסענעם פאָלק. אַלזאָ, ווען עס מאַכט זיך עפּעס 





*) ווען אַ רוסושער פּויער איז געווען 8 פּאַנסטשונא-קנעכט בוו 
אַ רוסישען גומבאַזיצער, זיינען זיו בוודע געווען פון דער זעלבער 
מענשען-ראַפע, מיט דעם זעלבען קאָליר, מיט דעם ועלבען אָנבליק. 
גאַנץ אַנדערש אייז געווען דער אונטערשיוד צווישען דעם וויוסען ,, פריץ" 
און זיין נעגער-זשקלאף. דער ערשטער האָט געקוקט אויפ'ן צויימען 
בוכשטעבלוך וי אויף אַ בהמה. די פּראַגע פון װוייס און שװאַרץ 
האָט דעריבער געשפּילט אַן אונגעהייערע ראָלע. 


284 בלעטער פון מיין לעבען 


אַן אויפרענונג, קען פון דער פאַרבאָרנענער מענליכקייט ווערען 
אַ שאַרפע אָפענע ווירקליבקייט. 

אזוי איז דאָס געווען אין דער פרענק קייס, טיילוייז, וויי" 
נינסטענס. 


8 
אַטלאַנטא. --- די שטאָדט און די מענשען. - 


מיין רייזע פון ניו-יאָרק קיין אטלאַנטא, דזשאָרדזשיא, האָט 
געדויערט ביי א מעת-לעת. פֿאָהרענדינ אַהין האָב איך ווענען 
דער קייס ניט געהאַט קיין מיינונג. פון אַלְץ װאָס איך האָב ווע- 
נען איהר געלייענט, זייענדינ אין ני-יאָרק, האָב איך ניט גע- 
קענט ביי זיך פסק'ענען, צי פרענק אין שולדינ, צי ניט. איך 
בין אַהין אָנגעקומען דעם 10טען מערץ (1914). דאָס הייסט, אַ 
יאֶהר נאָך דעם מאָרד, אין וועלכען פרענק אין געװען באַ- 
שולדיגט. איך האָב זיך נלייך נענומען צו דער אַרבייט, אויס- 
פאָרשען די קייס גרינדליך און אַבסאָלוט אומפּאַרטײיאיש. 

אָבער צוערשט א פּאָר װוערטער ווענען דער שטאָדט, וי זי 
האָט דאַן אויסנעזעהן, און ווענען איהר באַפעלקערונג. 

אַטלאַנטא איז די צווייטע גרעסטע שטאָדט אין דער סאוטה, 
די צווייטע נאָך ני-אָרליענס. זי אין איינע פון די פילע אמע- 
ריקאנער שטעדט, וועלכע זיינען זעהר שנעל אוױיסגעװאַקסען. 
מיט פופציג יאֶהר פריהער איז דאָס געווען א שטעדטעלע מיט 
ווייניגער װוי צעהן טויזענד איינוואוינער. אין דער צייט פון 
פרענק'ס פּראָצעס האָט זי געהאַָט נאַהענט פון צויי הונדערט- 
טויזענד איינוואוינער, צווישען זיי אַכט טויזענד אידען. וען 
איך האָב זיך נעפונען אין דעם צענטער פון איהרע וויכטינסטע 
גאַסען, האָט זיך מיר אויסגעדוכט, אז דאָס אין במעט אַ שטיק 
ניו יאָרק אָדער שיקאַנאָ. פון אַלע זייטען זעהר הויכע מויערען, 
און צווישען זיי אויך , הימעל-קראצערם". עס האָט נעשטראָמט 
מיט מענשען, געקאָכט מיט לעבען. | 

דאָ איז נויטינ צו באַמערקען דאָס פאָלנענדע: אויב די 
באַפעלקערוננ פון אַטלאַנטא איז אין די לעצטע פופצינ יאָהר 
פון צעהן טויזענד נעװאָרען צוויי הונדערט טויזענד, אין זי אין 


די פרענק דראַמא 88 


די לעצטע דרייצעהן יאָהר פון 87 טויזענד אויסגעװואַקסען צו 
צוויי הונדערט טויזענד. דאָס הייסט, אן בלויז מיט דרייצעהן 
יאָהר פאַר דעם סאָרד, אין 1900, איז אַטלאַנטא נאָך געװען אַ 
פּראָווינץ שטאָדט. אַ כרך איז זי געװאָרען אַזױ האַסטיג, אַז אין 
פילע זאַכען האָט זי נאָך ניט אוספּײיעט פון זיך אַראָפּצוטרײס- 
לען איהר פּראָװוינציעלקייט. 

איהר פּאַליצײי, צום ביישפּיל, איז נאָך געווען אַ פּאָליציי פון 
אַ שטעדטעל פון 87 טויזענד איינוואוינער, ניט פון צוויי הונ- 
דערט טויזענד, דאָס איז איינע פון די איינצעלהייטען, וועל- 
כע עס איז וויכטיג צו האָבען אין זינען, אויב מען ויל פאַר- 
שטעהן די פרענק קיים, 

8 ט * 

ווען איך האָב שפּאַצירט אין די ,פאַיוו פּאִינטס", װי עס 
רופט זיך דער צענטער פון אטלאנטא, און באַטראַכט די קראַודס, 
האָב איך נעפיהלט, אַז דאָס אין נאָר אַן אַנדער פאָלק, וי די 
אַמעריקאַנער פון די צפון-שטאַאַטען. מיר האָט זיך געדאַכט, אַז 
איך זעה בלויז הויכע מענשען, מיט ברייטע שולטערן, געזונטע, 
קרעפטינע. און ווען איך האָב זיך צונעהערט צו די געשפּרעכען, 
האָט זייער ענגליש מיר געקלוננען אַנדערש וי דער לשון פון 
ניודיאָרק, באָסטאָן, קליװולאַנד, אָדער. שיקאַגאָ, די אױיסשפּראַך 
איז אַן אַנדערע,. פריהער איז מיר פון צייט צו צייט אויך אויס- 
געקומען זיך צו טרעפען מיט סאָדערנערס און איך האָב נאַ- 
טירליך אימער נגעוואוסט, אַז די אױיסשפּראַך איז אין דער סאוטהח 
אַביסע? אַנדערש וי אין דער נאָרטה. איך האָב דאָס אָבער קיינ" 
מאָל ניט נעפיהלט אזוי דייטליך וי איצט, ווען דער דרומ'דינער 
אַקצענט האָט מיר נעקלונגען אומעטום. 

אויב די אַמעריקאַנער זיינען דאָרטען פעסטער נעבויט, האָב 
איך אָבער אייף זיי ניט געזעהן די שפּינעלדינע ציכטיגקייט און 
פיזישע פּינקטליכקייט, מיט וועלכע עס צייכענט זיך אויס דער 
אַמעריקאַנער פון די צפון-שטאַאַטען, די קלידער זיינען אוֹיף 
זיי ניט געלעגען אַזוי נעט, זייער נאַנצער אויסזעהן האָט ניט אַזױ 
געגלאַנצט װוי ביי די אַמעריקאַנער צו וועלכע איך בין געווען 
צוגעוואוינט, 


26 בלעטער פון מיין לעבען 


און דאָס אַלץ געהט ניט דוקא אויף די מענער, נאָר אויף די 
פרויען אויך,. זיי זיינען אויך העכער און פעסטער נעבויט וי די 
אַמעריקאַנערינס פון דער נאָרטה ; און שעהנהייטען באַגעגענט 
מען צווישען זיי אויף שריט און טריט, אָבער אַזױ עלענאַנט וי 
די אַמעריקאַנער דאַמען אין די נרויסע שטעדט פון דער נאָרטה 
זיינען זיי ניט., 

די נאַסען זיינען געווען פול מיט נענערס, מייסטענס ברודנע 
און אָפּנעריסענע, (זיי וואוינען אין באַזונדערע קװאַרטאַלען, 
וועלכע זיינען דורכאויס באַזעצט מיט שװאַרצע, איהר זעהט 
אָנער א סך נעגערס איבער די ,וייסע" נאַסען אויך.) דאָס, 
צוזאַמען מיט דעם צוקראָכענעם רויך פון די ווייכע קוילען, האָט 
געשטערט דער גנרויסער רייכער שטאָדט צו האָבען א ציבטינען 
אויסזעהן. 


ביי די איינוואוינער פון דער סאוטה מערקט מען ניט די 
לעבהאפטע באַווענוננען, און עס פיהלט זיך ניט די ענערניע 
מיט וועלכער עס ציהט אייער אויפמערקזאמקייט דער אַמערי- 
קאנער פון די צפון שטעדט. דאָס איז א רעזולטאט פון דער 
שקלאַפעריי, וועלכע איז פריהער געווען דער פונדאמענט פון דעם 
נאַנצען לעבען אין דער סאוטה. די וייסע האָבען דאָרטען ניט 
נעדאַרפט אַרבײיטען און האַוװען,. אַלץ אין פֿאַר זיי געטאָן נע- 
װאָרען פון די נענערס. זייערע שקלאפען האָבען זיי פאַר- 
שפּאָרט יעדע באַמיהוננ.*) 

זיי האָבען אויך אַנדערע שטריכען פוֹן דעם פּריצישען כאַ- 
ראקטער,. פיר האָט זיך געדאַכט, אַז זיי זיינען ניט אַזױ פאַר- 
קאָכט אין מאַכען געלט; אַז זיי זיינען נאסט-פריינדליכער און 
ניט אַזױ כיטרע, אָבער אויך ניט אַזױױ פּראַקטיש וי די אַמע- 
ריקאַנער פון די צפון-שטאַאַטען. אין פאַרלויף פון עטליכע 


*) שפעטער אבוסעל האָט זיך און דעם גענומען ענטוויקלען אן 
ענדערונג. די סאוטה, ויינינסטענס אין געוויסע טוילען איהרע, האָט 
אָנגעהויבען צו בויען אינדוסטריע. עס האָט זיך דארטען גענומען 
פוהלען אן אונטערנעמונגסיגווסט. עס זוונען אריבערגעפאהרען אַהין 
טעטיגע מענשען פון דער נאָרטה און צוזאמען מיט זוי זיונען די איונ- 
וואוינער פון געוויסע דרום געגענדען אויך געווארטנ מעמוג. 


די פרענק דראַמא 27 


דורות אַלס שקלאַפען-טרייבער זיינען ביי זיי אויך פאַרבליבען 
ספּעציעלע חסרונות און טאַקע נאַנץ שווערע. 
86 * 8 


דער װאָס װיל? פאַרשטעהן די פרענק קייס מון אימער 
האָבען אין זינען, אַז די גרויסע ווייסע באַפעלקערונג איז דאָרי 
טען אין געוויסע הינזיכטען פּרימיטיווער, רויהער און אַ סך פע" 
הינער אויף ווילדע אויסברוכען וי די אַמעריקאַנער פון דער 
נאָרטה. 


די פאָלגענדע , לינטש"-סצענע אין דאָרטען א גאַנץ גע- 
וועהנליכע ערשיינונג עד היום: מען באַפאַלט אַ טורמע, וואו עס 
אין פאַרשפּאַרט אַ נענער, וועלכען מען באַשולדינט אין א פֿאַר- 
ברעכען געגען אַ ווייסע פרוי, צום ביישפּיל; איידער ער קומט 
פאָר פאַר אַ געריכט, שלעפּט מען איהם אַרויס, מ'בינדט איהם 
צו צו עפּעס און מען באַניסט איהם מיט קעראָסין אָדער מען 
לענט אַרום איהם אַרום אַ באַרג האָלץ; מען צינדט דאָס אֶן; 
און דאַן קוקט מען מיט אַ וילדען תענונ וי ער ברענט און 
מען הערט זיך צו צו זיינע בלוט-פאַרגליווערענדע קולות. דער 
נייסט פון די שקלאפען-טרייבערשע זיידעס צונליהט זיך אין די 
אייניקלעך די באַפעלקערוננ פון אַ שטעדטעל אָדער שטאָדט 
ווערט פּלוצלינג פאַרװאַנדעלט אין אַ סטאַדע בלוט-דורשטינע 
וועלף, ‏ עטליכע יאָהר פאַר דער פרענק קייס, האָבען די וייסע 
פון דער זעלבער שטאָרט אַטלאַנטא זיך אַזױי צוקאָכט גענען די 
שװאַרצע, אַז זיי זיינען באַפאַלען די פּאָאָן-שעפּער=), אַרויסגע- 
נומען אַלֶע פּיסטאָלעטען און זיך אַװעקנעלאָזען שיסען נעגערס -- 
סתם נעגערס. אַזוֹי האָבען זיי אױיסנעשאָפען אָדער אויף אַן אַנ- 
דער שטיינער ערמאַרדעט איבער פופצינ אונשולדיגע שװאַרצע. 


די ווייסע און די שװאַרצע זיינען אָפּנעזונדערט איינע פון 
די אַנדערע וי מענשען זיינען אָפּגעזונדערט פון בחמות. אין 
די סטריט קאַרס (טראַמוייס) זיינען דריי-פערטעל פון די בענק 
--- די פאָדערשטע -- פאַר וייסע, און די הינטערשטע פאַר 
שווארצע. ווען עס זיינען פאַראַן אַ סך וייסע, פאַרנעמען זיי 


*) פּלעצער, וואו מען באַרגט געלט אויף משכנות. 


808 בלעטער פון מיין לעבען 


די , שװואַרצע בענק" אויך און די נענערס מוזען שטעהן. אין 
יעדען געריכט-זאַל נגעפינען זיך די וייסע אויף איין זייט און 
די שװואַײצע אויף דער אַנדער זייט. אזוי אין אויך אין יעדען 
אַנדערען עפענטליבען פּלאַץ. 


4 


די ערמאָרדעטע מיידעלע. -- דער נאַכטזועכטער. -- 
ליאָ פּרענק. 


אַרום דריי פאַרטאָג, צווישען שבת, דעם 26טען אַפּריל, און 
זונטאָג, דעם 2/7טען, אין דעם יאָהר 1913, האָט אין דער הויפט- 
קװאַרטיר פון דער אַטלאַנטאר פּאַלִיצֵיי גענומען קליננען דער 
טעלעפאָן, אַ נעגער מיט'ן נאָמען ניוט ליע האָט באַריכטעט, אַז 
ער האָט געפונען אַ טויטען קערפּער אין דעם פינסטערען קעלער 
פון דער נעשאָנעל פּענסיל פעקטאָרי (אַ בליישטיפט פאַבריק), 
אויף פאָרסייטה סטריט, און אַז דער קערפּער אין פון אַ ווייסער 
מיידעל, ניוט ליע האָט אויף דער פעקטאָרי געדינט אֵלס נאַכט- 
וועכטער. 

צווישען די פּאָליסלײט און די דעטעקטיווס איז געװאָרען 
אַ נערוועזער נערודער אין אטלאנטא זיינען די לעצטע אַנ- 
דערהאַלבען יאֶהר פאָרגעקומען ניינצען מאָרדען פוֹן פרויען און 
קיינעם פון די מערדער האָט מען ניט נעכאַפּט. די פּאַליציי 
האָט באַקומען אַ שלעכטען נאָמען. מען האָט איהר געהאלטען 
פאַר אן אָרגאַניזאציע פון קאַליקעס. אָבער יענע ניינצען ער- 
מאָרדעטע פרויען זיינען אַלע געװען שוארצע, ווערענד דיזע 
מיידעל איז געווען אַ ווייסע. װאָס פאַר אַן אונטערשיד ! װען 
מען זאָל איצט דעם מערדער ניט כאַפּען, וועט זיך אָפּטאָן 
מעשים.. די פּאָליציי ואָלט פּשוט געווען אין נעפאַהר. 

אַ גרופּע פּאַליסלײיט און דעטעקטיווס זיינען אריינגעשפּרונגען 
אין אַן אָטאָמאָבי? און צוזאַמען מיט זיי א צייטונגס-מאַן. זיי 
זיינען צוגעפאָהרען צו אַ נרויסער שטינערנער געביידע פון 
פינף עטאַזשען. דאָס איןז געווען די פּענסיל-פּעקטאָרי, די מֹּאַ- 
ליסלייט און דער רעפּאָרטער האָבען אָננעקלאַפּט אין דער פאַר" 
שלאָסענער טיר. ‏ עס האָט זיך באויזען אַ נעגער, א צושראָ- 


די פרענק דראַמא 9 


קענער. דאָס איז געווען ניוט ליע, דער נאַכט-װעכטער,. ער 
האָט די נרופּע נעפיהרט ווייזען, וואו עס לינט דער טויטער קער- 
פּער,. ער האָט זיי ארונטערנעפיהרט אין אַ ברייטען, לאַנגען 
בייסמענט (קעלער), וואו עס האָט געצאַנקט אַ קליינער פלאַם פון 
געז (נאַז). מיט דער אויסנאַם פון יענעם ווינקעל איז אין דעם 
גרויסען בייסמענט געווען כמעט פינסטער. ליע האָט זיי צונע- 
פיהרט צו א פּלאץ ניט וייט פון אַ הינטער-טיר, ביי דעם ויי- 
טערען ברעג פון דעם בייסמענט און דאָרטען האָט ער זיי אָנגע- 
וויזען אויף דער טויטער מיידעל. די געד-ליכט האָט געברענט 
איבער אַן אויווען, ניט ווייט פון דאָרטען. 

די ערמאַרדעטע איז געווען איינגעריכט אין קוילען-שטויב, 
פּאלאָװוינעס און אַזױ שטויב. אין קאָפּ אין ביי איהר געוען 
א לאַננע וואונד, אַ פרישע, וי אַ שניט מיט אַ מעסער, און פון. 
דער וואונד האָט זיך געצוינען האַלב-פאַרטריקענטע בלוט אין 
די האָר. אַרום האַלז איז געווען אַ שטריק, אַזױי שטאַרק פאר- 
צויגען, אַז זי איז געווען אייננענראָבען אין פלייש. ארום קאָפּ 
איזן געווען אַרומגעבונדען א שטיקע? פון איהר קלייךר -- 
מפתמא מיט דעם צועק צו פאַרהאַלטען דעם שטראָם פון 
בלוט,. עס אין קענטיג געווען, אַן מען האָט איהר פאַרשטיקט 
דעם מויל,. איהר אונטערקליידע? איז געווען צוריסען און צו- 
פליקט, 

זי איז געווען אַזױ באַדעקט מיט קוילען-שטויב, אַז אוים'ן 
ערשטען בליק װאָלט שווער געווען צו זאָנען, צי דאָס אין אַ 
ווייסע, צי אַ נענערין, איין אָרעם איז געווען צוקראצט און 
דער פּנים איז געווען צוקראצט און צוגריבעלט, װאַרשײײנליך פון 
די ברעקלעך קויל, איבער וועלכע מען האָט געשלעפּט דעם קער- 
פּער. 

איבער איין אוינ אין געווען אַ גרויסער סיניאַק -- אַ 
שווארץדבלויער צייכען פון אַ שטאַרקען זעץ, אונטער איין קני 
איז געווען א וואונד. 

די דעטעקטיווס האָבען גענומען זוכען. ניטשייט פון דער 
מיידעל'ס קאָפּ האָבען זיי דערזעהן צוויי בלעטלעך פּאַפּיר, אַ 
ברוינעם און אַ ווייסען. אויף יעדען פון זיי זיינען געווען עט- 


200 בלעטער פון מיין לעבען 


ליכע שורות, געשריבען זעהר עם:הארציש און מיט אַ זעהר 
שלעכטער האַנדשריפט, אויף דעם ברוינעם בלעטע? האָבען זיי 
געפונען ניין שורות אַזעלכע, און גוֹיף דעם וייסען פינף. די 
האַנדשריפט איז געווען די זעלבע. | 

וועגען דעם אינהאלט פון די צוויי צעטעלעך וװעט פאָרלו- 
פיג זיין נענונ צו זאָנען דאָס פאָלנענדע: זיי זיינען געווען אַזױ 
פאַרפאַסט, אַז מען זאָל מיינען דאָס די אומנליקליכע מיידע? האָט 
זיי נעשריבען פאַו'ן טויט,. זיי זיינען נעווען אַדרעסירט צו איהר 
מוטער און זי האָט אין זיי געזאַנט, אַז זי ווערט געמוטשעט 
און געשענדעט פון א הויכען, זעהר שװואַרצען און דאַרען נענער. 

לעבען די צוויי צעטעלעך איז געלענען אַ בליישטיפט און. 
אַ טייל פון אַ פּעד (בלאָק) פּונקט וי די פּאַפּיר פון דעם ווייסען 
צעטעלע. עס אין געווען דייטליך, אַז דאָס ווייסע בלעטע? אין 
געווען אָפּנעריסען פון דעם פּעד, ביי אַ זייט, איבער דער לענג 
פון דעם בייסמענט, האָט זיך נעצוינען אַ לאַננער, שמאָלער 
בערנע? קוילען-שטויב, העכער וי הונדערט פוס די לענג. דאָס 
און די קראַצען אויפ'ן פּנים און אויפ'ן ארעם, האָבען געוויזען, 
אַז די מיידעל?, שוין אַ טויטע, און אפשר נאָך אַ לעבעדינע, 
האָט מען געשלעפּט איבער דער לענג פון דעם בייסמענט, 

איהר הוט און איין שוך (אַ לייכטער און פלאַכער וי אַ 
מעסטע), און אַ בלוט-באַפּלעקטע טאַשען-טיכעל, האָט מען גע- 
פונען אין דריי אָפּנעזונדערטע טיילען פון דעם בייסמענט. איהר 
שירם און אַ קנוי? באַװע? זיינען נעלענען אויף דעם גרונט 
פון דעם עלעװוייטאָר-שעפט*), וואָרים דער עלעװייטאָר פון דער 
פּענסי? פעקטאָרי אין גענאַננען ביז'ן סאַמע בייסמענט, און דער 
גרונט פון זיין , שעפט" איז געווען אַ טייל פון דער בייסמענט 
פּאָדלאָגע. 

עס איז ניט אַנגענעם ווענען אַזא זאך צו ריידען ; דאָס װעט 
אָבער אונז זיין וויכטינ צו אַ גענויער באַטראַכטונג פון דער 
פראַגע, צי פרענק אין געװוען שולדיג אין דעם מאָרד; אויף 


*) דער לעהרער פּלאַץ אָדער ,לוכטע", דורך וועלכען עס באַװעגט 
זיך אַן עלעװויימאָר (ליפט) פון אויבען אַראָ און פון אונטען אַרויף. 


דו פרענק דואַמא 261 


דעם נרונד פון דעם עלעװייטאָרישעפמט האָבען די דעטעסטווס 
אויך נגעפונען אַ סימן, אַז דעם פּלאץ האָט אימיצער, מסתמא 
מיט פילע שטונדען פריהער, געברויכט אלס אַ װאָטער-קלאַזעט, . 


אויך איז וויכטיג דער פאַקט, אַז די הינטער-טיר פון דעם 
בייסמענט, וועלכע האָט געפירט אין אַ הינטער-געסעל, האָבען 
די דעטעקטיווס געפונען אָפען, און איהר פאַררוקער איז געווען 
אַראָפּגעריסען. דאָס אין געװען אַ סלאידינג דאָאָר (אַ טיר, 
װאָס עפענט זיך ניט וי געוועהנליך, נאָר װאָס רוקט זיך פּאַזע 
װאַנט). דערביי אין געלענען אַ שטאַבע אייזען, און עס איז 
געווען קענטיג, אַן מיט דעם האָט מען דאָס דעם פאַררוקער 
אַראָפּגעקלאפּט. מסתמא איז ער געװען צו שטייף, און דער 
װואָס האָט געדאַרפט אַרױסגעהן דורך דער הינטער טיר, האָט זיך 
געאיילט, און מיט דעם אייזען אראָפּנעזעצט דעם פאַררוקער. 
8 8 8 , 

ווען איינער פון די דעטעקטיווס האָט איבערנעקוקט די 
עטליכע עם-הארצישע שורות פוֹן די צעטעלעך, האָט ער ביי 
זיך גע'פּסק'נט, אַז אזוי שרייבט נאָר אַ נענער. אַלזאָ, האָט 
ער אויף דעם שװאַרצען נאַכט-װועכטער אַ בייזען ברום געטאָן, 
אַרויפנגעליינגט די האַנט אויף זיין פּלייצע און געזאָגט: 

-- ניגער,*) דאָס איז דיין אַרבײט ! 

ניוט ליע האָט גענומען לייקענען, זיך שווערען, אַז ער ווייס 
ניט פון װאָס צו זאָנען. מען האָט איהם אָבער אָנגעטאָן אַ 
שטאָלענע קייטעלע אויפ'ן האַנט און אַועקגעפיהרט אין דער 
פּאליציי. דאַן האָט מען טעלעפאָנירט צו ליא פרענק'ען, דעם 
סופּעראינטענדענט (פאַרװואַלטער) פון דער פּענסיל? פעקטאָרי. 
דער טעלעפאָן האָט געקלונגען און נעקלונגען און פון פרענק'ס 


5( נעגער אוז ,נוגראָ? אויף ענגליש. דער װאָרט ,נוגער אנ- 
שטאָט , נוגראָ? דרוקט אווס פאראַכטונג. אזוי ריודען אַמעריקאַנער ווע- 
גען אַ שווארצען אין זייער געוווינליכער שפּראך. אָבער אזוי רוידען 
דו שווארצע דאָס רוב וועגען זיך אַליון אווך. ווען אַ סאָדערנער רעדט 
צו אַ שווארצען, רופט ער אוהם ,ניגער". און ער זאָגט דעם װואָרט 
אַוויס מיט דעם מאָן פון אַ האַר צו אַ קנעכט, סוודען ער קען איהם 
גוט, דאַן רופט ער אוהם אָן מּים ויין נאָמען. 


09 בלעטער פון מיין לעבען 


הויז האָט מען אַלץ ניט נגעענטפערט, די פּאַליצײי האָט שפּעטער 
ווידער געקלונגען. און ווידער האָט מען זיך ניט געקענט דער- 
קלינגען, ערשט אַרום זיבען אוהר אין דער פריה האָט מען 
פרענק'ען געקראָגען אויפ'ן טעלעפאָן, דעטעקטיוו סטאַרנס האָט 
מיט איהם גערעדט, (דער אינהאַלט פון זייער טעלעפאָן-נעשפּרעך 
װועט איבערגעגעבען וערען וייטער). און דאַן איז סטאַרנס 
און נאָך אַ פַּאָר דעטעקטיווס אַריבערנעפאָהרען צו פרענק'ען. 
8 * 3 

אין פאַרלויף פון די דריי, פיר שטונדען װאָס זיינען פאָרי- 
בער איידער פרענק האָט געענטפערט דעם טעלעפאָן, האָבען די 
דעטעקטיווס זיך דערוואוסט ווער די ערמאָרדעטע איז, 

דער שאָפער פון דעם אָטאָמאָביל, װאָס האָט די פּאָלִים- 
לייט נעפיהרט צו דער פעקטאָרי, האָט זיך דערמאָנט, אַז זיין 
יונגע שװועגערין, א מיידעלע מיט'ן נאָמען גרעיס היקס, אַרבײיט 
אויף דער זעלבער פאַבריק. ער האָט גערעכענט, אַז זי װעט 
מסתמא דערקענען די ערמאַרדעטע; אין ער גלייך מיט זיין 
אָטאָמאָבי? אַװעקנעפאָהרען צו דער שװענערין,. ער האָט די 
מיידעלע געבראַכט אין דער פעקטאָרי, און זי האָט דעם קערפּער 
טאַקע דערקענט. 

--- דאָס איז מערי מיינען, --- האָט זי געזאָנט מיט א פאַר- 
שטיקטען געוויין. --- זי. האָט געאַרבייט מיט מיר צוזאמען, אין 
דער מעטאַל אָפּטײלונג האָבען מיר נעאַרבייט, 

8 א *ִ 

אַרום זיבען אוהר זיינען די דעטעקטיווס אויף זייער אטאָמאַ- 
בי? צונעפאָהרען צו דער הויז, ואוֹ די פרענקס האָבען גע- 
וואוינט צוזאמען מיט די זעלינס --- די עלטערען פון דער יוננער 
מיסעס פרענק. זיי, די דעטעקטיווס, האָבען שוין דאַן געוואוסט, 
װוער די ערמאָרדעטע מיידעלע אין. זיי האָבען דאָס אָבער 
פרענק'ען ניט געזאָגט. זיי האָכען איהם אַועקנעפיהרט אין אַן 
אָנדערטייקער'ס שאַפּ (א פּלאַץ, וואו מען נרייט א מת צו צו דער 
לויה), װאָרים דאָרטען איז שוין דאַן נעלענען דער קערפער פון 
מערי פייגען. נאָך דעם וי פרענק האָט איהר באַקוקט, האָט 
ער געזאָנגט צו די דעטעקטיווס : 


דו פרענק דראַמא 08 


--- דאָס איז דאָך איינע פון די ארבייטער מיידלעך, וועמען 
איך האָב נעכטען אױיסגעצאָהלט זייערע וויידזשעס (שכירות). 

--- וי אין איהר נאָמען? -- האָט ביי איהם געפרעגם אַ 
דעטעקטיוו. 

--- איך געדענק ניט, -- האָט פרענק געענטפערט. -- אַז 
איך על אַ קוק טאָן אין מיין קעש-בוך, וואו עס אין פאַר"- 
שריבען די וויידזשעס, װאָס איך האָב נעכטען אױיסגעצאָהלט, 
ווע?ל איך זיך דערמאָנען. 

פון דער מיידעלע גרייס היקס איז מען געװאָר געװאָרען, 
וואו עס וואוינען די עלטערען פון דער ערמאַרדעטער -- איהר 
מוטער און איהר שטיףפאָטער, אַן אַרבייטער מיט'ן נאָמען 
קאָלמאַן. זיי האָבען געוואוינט אין בעלוואוד, אַ פאָרשטעדטעל 
פון אַטלאַנטא, 

מערי אין אין דער פעקטאָרי ניט געװען פוֹן מאַנטאָג אָן, 
װאָרים עס האָט נעפעלט מעטאל"). מען האָט געמוזט װאַרטען 
ביז עס וועט אָנקומען, זי אין אלזאָ פאַרבליבען אין דער היים 
פון מאָנטאָג ביז שבת. יענעם שבת אין געווען ‏ דעקאָריײישאָן 
דעי" אין דער סאוטה --- דער טאָג, ווען מען לענט בלומען אויף 
די קברים פון די סאָלדאַטען, װאָס זיינען געפאַלען אין דער 
מלחמה גענען דער נאָרטה, דער קאַמף װאָס אין פאָרגעקומען 
מיט אַ יאָהר פופציג צוריק. (אין דער נאָרטה ליינט מען בלן- 
מען אויף די קברים פון די, װאָס האָבען אין יענער מלחמה 
געקעמפט פאַר דער אָפּשאַפונג פון נעגער-שקלאפעריי 
און אין דער סאוטה ליינט מען בלומען אויף די קברים פון די 
סאָלדאַטען, װאָס האָבען געקעמפט געגען דער אָפּשאַ- 
פונג פון שקלאַפעריי. אין דער נאָרטה איז ,דעקאָריישאָן 
דעי" דעם 20טען מאַי, און אין דער סאוטה, דעם 26טען אַפּי 
ריל?), אַזױ װי עס איז געוען יום-טוב, האָט קיינער ניט גע" 
אַרבײט, און דעריבער האָט מען די וויידזשעס אויסגעצאַהלט מיט 
אַ טאָג פריהער, פּרייטאָנ. מערי פייגען האָט דאַן געקומט בלויז 


*) אין דער מעטאַל אָפּטוולונג האָט מען געמאַכט די מעטאַלענע 
ברעגעס פון די פענסולס, וואו עס זעצט זוך אַריין דאָס שטיקעל ראָבער 
(גומו) וועלכע דונט אַלס מעקער. 


204 בלעטער פון מיין לעבען 


פאַר איין טאָג פון דער פאָריגער ואָך, זי איןז אָבער יענעם 
פרייטאָג ניט נעווען אין פעקטאָרי, וויי? אין איהר אָפּטײלונג 
איז ניט געווען קיין מעטאַל; אין זי נֹאָך דאָס ביסע?ל ווי- 
דזשעס געפאָהרען, שבת, האַלב נאָך עלף אוהר, האָט זי אִמ- 
געגעסען לאָנטש אין דער היים און אין אַװעקנעפאָהרען אויף 
אַ קאַר צו דער פעקטאָרי, זי האָט געואוסט, אן אימיצער 
וועט דאָרטען זיין און זי װעט קענען באַקומען איהר ענװעלאָפּ 
(אַ קאַנװוערט מיט דעם געלט, װאָס איהר קומט),. אויך האָט 
זי געהאט אין זינען אין שטאָדט צו זעהן דעם דעקאָרײישאָן דעי 
פּאַראַד --- דעם מאַרש פון די אַלטע לייט, װאָס האָבען אֵנ- 
טייל גענומען אין יענער מלחמה, 


מעדי איז געווען ניט קיין הויכע, אָבער א דיקליכע און אַ 
פעסט-געבויטע. פיזיש אין זי פאַר אַ מיידע? פון פערצען יאֶהר 
געווען זעהר גוט ענטוויקעלט, און אַ פּנים האָט זי געהאט זעהר 
א שעהנעם. מיט א קורצער צייט פאַר דער טראַגעדיע האָט די 
געזעלשאַפט פון דער קירכע, צו וועלכער עס האָט געהערט איהר 
מוטער, איהר אויסגעקליבען צו דער ראָלע פון אַ , שלאָמענדעף 
שעהנהייט", אויף אַ בענעפיט פאָרשטעלונג. אין בעלואוד איז 
זי געווען א פּאָפּולער קינד, 


ווען עס זיינען אַװעקגעגאַנגען עטליכע שטונדען און מערי 
אין אַלץ ניט געקומען אַהײם, האָט איהר מוטער נעשיקט איהר 
מאַן זי זוכען, קאָלמאַן האָט באַזוכט אַלֶע , מואווי"-טעאַטערס 
און די הייזער פוֹן באַקאַנטע; ער האָט איהר אָבער אין ערנעץ 
ניט געפונען,. קומענדיג צוריק אַהײם, האָט ער זיין פרוי ער- 
קלערט, אַז מערי איזן מסתמא געפאָהרען צו איהר באָבען אין 
דער שטעדטעלע מאַריעטא (ניט ווייט פון אַטלאַנטא), וואו זי, 
מערי, איז געבאָרען געװאָרען. דאָס האָט זיך געליינט אוים'ן 
שכל, ואָרים זי האָט זיך טאַקע געקליבען איהר באָבען צו 
באַזוכען. דאָך האָסם די מוטער די נאַנצע נאכט ניט געקענט 
איינשלאַפען. 


אויף מאָרנען, דאָס הייסט זונטאָג אין דער פריה, האָט ביי 
די קאָלמאַנס אין טיר אָנגעקלאַפּט א שבן'ס א מיידעלע, מערי'ס 





מערי פיינען 








צו פּרענק דראַמא 09 


אַ חבר'טע, וועלכע האָט אויך געאַרבייט אויף דער פּענסיל פעק- 
טאָרי, ‏ זי האָט שוין אַלץ נעוואוסט פון גרעיס היקם. 

מיט אַ פֿאַרויינטען קול האָט זי קוים אַרויסגערעדט די 
ווערטער : +,,מערי אין טויט?", 

* 8 * 

דער נענער ניוט ליע האָט לייכט באַויזען, אַז ער איז שבת 
בייטאָג, און דעם נאַנצען נאָכמיטאנ ניט געווען אין דער פּענסיל 
פעקטאָרי, ליא פרענק אַליין איזן נעווען איינער פון זיינע 
עדות דערצו, און זיין האַנדשריפט האָט ניט געהאַט קיין שום 
ענליכקייט צו די צוויי צעטעלעך, װאָס מען האָט געפונען לעבען 
דעם קערפּער. וענען זיין אונשולד האָט ניט געקענט זיין דער 
מינדסטער צווייפעל; האָט מען איהם אַרױסגעלאָזען. פאָרלוי" 
פיג איז נגעווען נאָר איין מענש, ווענען וועמען עס האָט געקענט 
זיין א פראַנע אין באַצונ צו דעם מאָרד. דאָס איז געווען ליאָ 
פרענק, װאָרים װוי עס האָט דאַן געשיינט, איז ער נעווען דער 
לעצטער, װאָס האָט די מיידעלע געזעהן אַ לעבערינע. 

וי מערי'ס מוטער האָט אויסנערעכענט, אין איהר טאָכ- 
טער נעקומען אין דער פּעקטאָרי איינינע מינוטען נאָך צוועלף, 
און דאַן איז פרענק טאַקע דאָרטען נעווען. ער האָט דאָס אַליין 
געזאַנט. ער האָט יענעם פֿאָרמיטאָנ אויסנעצאָהלט ווי- 
דזשעס אונגעפעהר אַכצעהן ארבייטאָרינס, וועלכע האָבען פאַר- 
פעהלט זייערע ענװעלאָפּס אָפּצונעמען פרייטאָנ, און מערי פיינען 
איז געווען איינע פון זיי. 

* 8 8 

דער דאָקטאָר פון דער שטאָדט-רענירוננ האָט באַקוקט דעם 
טויטען קערפּער און זיין באַריכט איז נגעווען, אַז קיין סמנים 
פון שענדונג האָט ער ניט געפונען. 

אויך האָט ער ערקלערט אז די מוי? און נאָז זיינען געווען 
פול מיט קוילען-שטויב. דאָס איז געווען וויכטינ, וװואָרים עס 
האָט געוויזען, אַז זי האָט די קילעך-שטויב א רייננע- 
אָטעמט אין זיך; און דאָס, וידער, איז געװען א באוייז, 
אַז בשעת מען האָט דעם קערפּער געשלעפּט דורך די שמוץ פון. 
דעם קעלער, האָט מערי פיינען נאָך געלעבט, 


06 בלעטער פון מיין לעבען 


ליאָ פרענק*) איז דאַן אַלט געווען 29 יאָהר, ער אין גע- 
ווען אַ הויכער, אַ דאַרער סמיט אַן אינטעליגענטען ברונעטען 
פּנים, מיט אינטערעסאַנטע טונקעלע אויגען. געבאָרען געווארען 
איז ער אין טעקסעס, אָבער ווען ער איז אַלט געווען דריי יאָהֹר, 
האָבען זיינע עלטערן מיט איהם זיך אַריבערגעקליבען קיין ברוק- 
לין,. דאָרטען איז ער אױיסגעװאַקסען און געענדיגט סקו? און 
קאַלעדזש (פּראַטט'ס אינסטיטוט), דערנאָך האָט ער געענדינט 
שטודירען אויף אינזשעניר אין קאָרנעל? אוניווערזיטעט, איטהאַקאַ, 
(זיין פאָטער האָט אויך געענדינט אונשווערזיטעט, אין רייטש- 
לאַנד, פון װאַנען ער האָט דערנאָך עמיגרירט קיין אַמעריקא. 
זיין מוטער איז געבאָרען נגעווארען אין אמעריקא), 

זיין פאָטער'ט אַ ברודער --- שוין אַן עלטערער מאַן, װועל- 
כער האָט אימיגרירט אין אמעריקא ווען ער איז נאָך געװען אַ 
בחור'? --- האָט געהאָט גרויסע געשעפטען אין אַטלאַנטא און 
אָדום דער צייט, ווען ליא האָט געענדינט זיין שטודיום אויף 
אינזשעניר, איז דער אַלְטער פרענק אַרײיינגעטראָטען אין אַן אונ" 
טערנעמונג פון אן אַטלאַנטער איד, מיט'ן נאָמען זינמונד מאָנ- 
סאַג, ועלכער האָט געפּלאַנעװעט צוֹ גרינדען אַ פעק- 
טאָרי פון פּענסילס. ליאָ'ס אָנקע? האָט אין דעם געשעפט אַריינ- 
געלייגט אַ היבשען קאַפּיטאַל און ער אין געווען דער גרעסטער 
שער-האָלדער פון דער קאָמפּאַני. מיט דער פּענסי?-ביזנעס איז 
ער אָבער ניט געווען באַקאַנט, ווערענד מאָנטאַג, וועלכער האָט 
געהאַט אַ גרויסע ביזנעס פון שרייב:געצייג, איז מיט דעם יאַ 
געווען באַקאַנט. אַלזאָ, איז מאָנטאַג געווען דער טעטיגער שותף, 
דער אַקטיװוער באַלעבאָס פון דער ,נעשאָנעל פּענסיל? פּעסטאָרי", 
וי די נייע פירמע האָט זיך א נאָמען געגעבען. 

אויף דעם אַלטען פרענק'ס פאַרלאַנג, האָט מען אייננע- 
קאדען זיין פּלימעניק צו זיין דער פאַרװאַלטער פון דער פעק- 
טאָרי, ‏ און צו דיזען צוועק האָט מען איהם צוערשט געשיקט 
סקיין דייטשלאַנד אויף אַ פּֿאֶר יאָהר,. דאָרטען אין ער נוט באַ- 


*) דער נאָמען איז פ ר אַ 2 ק, און אַזווּ שרוובט זיך דאָס אויף 
ענגליש אויך. אויף ענגלוש ווערט עס אָבער אויסגערעדט ,פרענל" 
און אזוי רעדט מען דעם נאָמען אויס אויף אַמערוקאַנער אידיש. 








לעאָ פרענק 











די פרענק דראַמא 367 


קאנט נגעווארען מיט דער מאַשינעריי און מיט דער נאַנצער טעכ- 
ניק פון דער בליישטיפט אינדוסטריע; און, ווען ער איז פאַרטיג 
געװאָרען, איז ער געקומען קיין אטלאַנטא מיט די נויטיגע מאַ- 
שינען. דאַן האָט מען אייננגעאָרדענט די נייע פאַבריק. דאָס 
איז געווען מיט אַ יאָהר דריי פאַר דעם מאָרד פון מערי פיינען. 


ליאָ'ס אָנקעל אין שפּעטער קראַנק געװאָרען א קורצע 
צייט פאַר דעם מאָרד איז ער אָפּנעפאָהרען קיין ני-יאָרק און 
פון דאָרטען קיין אייראָפּא, זיך קורורען. אין דעם טאָג, וען 
די אטלאַנטער צייטוננען האָבען נעמעלדעט, אַז אויף דער נע- 
שאַנעל פּענסיל פּעקטאָרי האָט מען געפונען אַן ערמאַרדעטע מיי" 
דעל, האָט ער פון ניו-יאָרק אָפּנערײזט קיין אייראָפּא. 

פרענק האָט זיך אַלזאָ באַזעצט אין אנטלאַנטא. ער האָט 
זיך אין נאַנצען אָפּנענעבען מיט דער בלישטיפט פאַבריק. 
ער איז באַקאַנט געװאָרען מיט איינינע פון די אידישע פאַמי- 
ליען פון אטלאנטא, און האָט חתונה געהאַָט מיט אַ דאָרטגע- 
באָרענע אידישע מיידעל, די טאָכטער פון אַ באַלעבאַטישע פאַ- 
מיליע מיט'ן נאָמען זעלינ. אין די פרייע שטונדען איז ער 
געווען טעטיג אין דער געזעלשאַפט פון דעם רעפאָרם-טעמפּעפ, 
און אין דעם אָרדען , בני ברית",. ער האָט געהאַט אַן אנ- 
גענעהמען כאַראַקטער און איז געווען פעהיג און קלונ; און אַזױי 
װי ער איז נעווען פיין נעבילדעט און אַ נלענצענדער רעדנער, 
האָט ער אויף די מיטיננען געשפּילט אַ וויכטינע ראָלע און מען 
האָט איהם אויסנעוועהלט אַלְס פּרעזידענט פון דעם אֶרדען 
, בני ברית", צוערשט פון זיין לאָדזש, און שפּעטער פון דעם 
גאַנצען דיסטריקט, 

,ער האָט זיך קיינמאָל ניט גערוקט פאָראויס. ער 
איז ניט נעווען ערגייציג. קיין מאָל ניט אריינגעליינט קיין 
פיננער אין קאלטע װאַסער ערוועהלט צו ווערען. אַלץ איז נע- 
קומען ממילא. ער איז זעהר פּאָפּולער און באַליבט מיט זיין 
כאַראַקטער און מיט זיין נאַנצער פּערזענליכקייט". --- אַזױ האָט 
זיך אויסנעדריקט אַן אַטלאַנטער איד, פון די דייטשע יהודים, 
אין פאַרלױיף פון א געשפּרעך, װאָס איך האָב מיט איהם נעהאט 
וועגען פרענק'ען. 


2608 בלעמער פון מוין לעבען 


5 


רחמנות און נקמה-דורשט. --- מאב*)-פּסיכאָלאַניע. -- פֿאַר- 
לאָרענע גדולה. -- דאַמען רעכט. 


מאַבס און ספעציעלע מאב-פּסיכאַלאָניע זיינען פאַראן אויף 
דער נאַנצער וװועלט. אין די דרוםצעגענדען פון די פאַראיינינטע 
שטאַאַטען האָבען זיי אָבער אַ ספּעציעלען כאַראַקטער, און אין 
באַצוג צו דעם מאָרד פון מערי פיינען האָט די פּסיכאָלאָניע פון 
דעם מאַב נעשפּילט אַ מעכטינע ראָלע. 
| = ווען די צייטוננען האָבען באַריכטעט, אַז מען האָט ער- 
מאָרדעט אַ פערצען-יאָהרינע ווייסע מיידעלע, און דערצו נאָך אן 
זי איז געווען אַ שעהן קינד און דער ליבלינג ניט נאָר פון איהר 
מוטער נאָר אויך פון נאַנץ בעלואוד, איז דער עולם געװאָרען 
אויפנערענט און נעפאָדערט אַז די פּאָליצײי זאָל אויפ'ן שטעל 
כאַפּען דעם מערדער. מען האָט נלייך פאַרלאָרען די געדולד,. פון 
דעם האָט מען אָנגעפאַנגען. 

די סאָדערנערס זיינען א היצינ פאָלָק. זיי ווערען ניכער 
אויפנעבראַכט און פאַרלירען ניכער זייער זעלבסטקאַנטראָל וי 
די אַמעריקאַנער פון די צפון-שטאאַטען. די מאַסען פון דער 
נאָרטה זיינען ציוויליזירטער וי די מאַסען פון דער סאוטה. אַ 
גרויסער טייל פון דעם דאָרטינען עולם, אפילו פון די ווייסע, איז 
אבסאָלוט אונוויסענד, אין דער נאָרטה איז אַן אַמעריקאַנער װאָס 
קען ניט לעזען און שרייבען א גרויסע זעלטענהייט. אין דער 
סאוטה איז פאַראַן אַ נישקשה'דינער פּראָצענט אַזעלכע. די 
דאָרטינע מאַסע איז אונוויסענדער און מעהר פעחינ אויף ווילדע 
מעשים וי דער פּשוט'ער עולם פון דער נאָרטה. דאָס איז דאָך 


*) ,מאַב" הייסט אַ מאַסע מענשען, הויפטועכליך אונענטװויקעל- 
טע, א חמון. סכפעציעל געהט עס אווף אַן אויפגערעגטען חמון. דו 
פּסוכאָלאָגוע פון דעם אוונצעלנעם עקזיסטירט ניט מעהר. קוונער דענקט 
נום פאַר זיך, פיהלט נים פאַר זיך, טוט נום פאַר ויך. עס איז ניטאָ קיין 
לאָגיק, ניטאָ קיין ,איך/, פאַראַן נאָר אַ ,מיר", אַ קאַלעקטיווער פאַר- 
לאנג, א ווילדער קאָלעקטיווער צאָרן און ראכע-הונגער. און א מאָב און 
יעדער אוונצעלנער אַ דעמאָנאָג. ער שפּרינגם פון הויט צו ווייזען, 
אז ער ברענט מוט דעם אלגעמוונעם פלאַקער, 


דו פרענק דראַמא 9 


דאָס לאַנד פוֹן , לינטש"-נעזעץ. ווען זיי װוערען אויפגעבראַכט 
אויף א שווארץ-הויטיגען, פאַרלירען זיי יעדען ציוויליזירטען גע- 
פיה? און פיהרען זיך אויף וי צויושעטע פאַרצייטינע אַזיאַטען. 

דער פאַקט, אַז מערי האָט געאַרבײיט אויף אַ פעקטאָרי, האָט 
צוגענאָסען בוימע? צום פייער פון דעם אַלגעמײנעם צאָרן. אַז 
אַ ווייסע מיידעלע זאָל נעהן ארבייטען -- דאָס אין אין דער 
פאַוטה, אין דעם לאַנד, וואו עס האָט אַמאָל עקזיסטירט נעגער- 
שקלאַפערײי, שוין דאַן קיין נייעס ניט געווען ; מען האָט עס אָבער 
ליב נעהאַט צו באטראַכטען אֵלס אַ נייעס, אַ סקאַנדאַליעזע 
נייעס. עס זיינען שוין געווען אָרעמע וייסע פאַמיליען, װאָס 
זייערע זיהן און טעכטער האָבען געמוזט געהן פאַרדינען. אָבער 
ביי זיך אין די הערצער האָבען די דאָרטינע ווייסע, די ,יחסנים", 
דאָס אימער באַטראַכט פאַר אַ בלוטינע באַליידינונג. אַרבייטען 
--- דאָס אין א באַשעפטינונג פאַר נענערס, פאַר אַ פאָלק פון 
שקלאַפען, אָבער ניט פאַר ,פּריצישע" קינדער. אפשר פאַר 
די ווייסע פון דער נאָרטה, וואו עס אין קיין מאָל קיין נעגער 
שקלאַפערײי ניט נעווען, אָבער ניט פאַר די ווייסע אַריסטאָקראַ- 
טען" פון דער סאוטה, אַזאַ געפיהל האָבען די סאָדערנערס. 

די ווייסע פון דער סאוטה קענען ניט פאַרנעסען, אַז די 
נאָרטה האָט זיי באַזיגט און פּאַרניכטעט זייער שקלאַפען- הער- 
שאַפט און שקלאַפען-האַנדעל, זיי קענען ניט פאַרגעסען זייער 
אַמאָליגע גדולה און די מלחמה מיט וועלכער די נאָרטה האָט זי 
ביי זיי אַוועקנענומען. די ווייסע פון דער סאוטה האַלטען זיך פאַר 
אַ ‏ מאַרטירער-פאָלק, זיי פיהלען דאָס אין זייערע קעשענעס, און 
זייער כעס אויף דער נאָרטה טליעט נאָך אין זייערע הערצער. 

דאָ האָט אַ פערצען-יאהרינע ווייסע מיידעלע פון דער סאוטה, 
אַ מיידעלע, וועלכע װאָלט , בעדארפט" זיין אַ ,האַרענטע? אי- 
בער שקלאַפען און לעבען וי אַ פּריצישע טאָכטער, נעבאך גע" 
מוזט אַרבײיטען אויף אַ פעקטאָרי; און דאָרטען, אויף דער 
פּעקטאָרי, האָט מען איחר ערמאַרדעט. די בלוט האָט ביי אַלע- 
מען געקאָכט. 

צו אלץ װאָס מיר האָבען געזאָנט, דאַרף מען צונעבען, אז 
די סאָדערנערס זיינען גרויסע קאַװאַליערען. הדאַמען רעכט" 


20 בלעטער פון מיין לעבען 


שפּילט אַ נרויסע ראָלע אין דער נאָרטה אויך, אָבער ניט אַזױ 
וי אין דער סאוטה. דאָרטען אין א וייסע פרוי א קעניגין. 
די שקלאַפען-הענדלער האָבען נאָכנעמאַכט די ריטער -- די 
פּריצים פון מיטעלאַלטער. און אַזױי איזן דאָס אין זיי איינ- 
געװאָרצעלט געװאָרען. נעמען דאָס לעבען פון אַ מאַנספּאַרשױין 
איז מאָרד. ‏ נעמען דאָס לעבען פון אַ פרוי (8אַ וייסע) איז 
אַ דאָפּעלטער מאָרד. | 


דעם אָנדערטייקער'ס שאַפּ, וואו עס איז נעלענען דער מת, 
איז באַזוכט געװאָרען פון צװאַנציג טויזענד מענשען,. און יע- 
דער איז אַרוױיסגעקומען פון דאָרטען מיט אַ וילדען בליק אין 
די אוינען און מיט ווילדע ראכע-נגעשרייען אויף די ליפּען. עהנ" 
ליכע מאַסען זיינען געלאָפען צו דער פּענסיל-פעקטאָרי, וואו דעף . 
פאַרברעכען איז באַגאַנגען געװאָרען. אויף די קאָרנערס זיי" 
נען געשטאַנען קראודס און גערעדט ועגען דעם פאָרד. מען 
האָט ניט געאַרבײיט, פאַרנאַכלעסיגט די געשעפטען; די שטאָדט 
איז געווען אין אַ פאַרוירונג פון שוידער און ראַכע-דורשט. 
ווען אַ פּאָליסמאַן פלענט דורכנגעהן פלענט מען אויף איהם וואַר- 
פען קרומע בליקען. עס זיינען אַרומגענאַנגען וויצען גענען די 
פּאַליציאַנטען, מען האָט זיי גערופען ,אַ באַנדע טויגעניכטסען 
און דאַרמאָיעדניקעס", 


די לעצטע צייט האָט די פּאַליציי זיך באַשעפטינט מיט 
צומאַכען אונאנשטענדינע הייזער. די נלחים האָבען זיי נע- 
צוואונגען דאָס צו טאָן מיט די רעדעס, װאָס זיי האָבען גע- 
האַלטען אין די קירכען. דער מאַנסבילשער עולם אין ניט נע- 
ווען צופרידען ; און איצט האָט מען נעשריען אַז מעהר וי 
צו ארעסטירען פּראָסטיטוטקעס טויגען די פּאָליסלײיט ניט; אַן 
צו כאַפּען אַ מערדער האָבען זיי ניט, ניט קיין פעהינקייט און 
ניט קיין צייט, 

פון דער אַנדערער זייט האָבען זיך נענען דער פּאַליציי די 
לעצטע צייט אַרומגעטראָגען שטאַרקע באַשולדיגונגען אין קאָ- 
רופּציע. ‏ דער מעיאר פון שטאָדט אַליין האָט איהר אין דעם 
באַשולדיגט, 


די פרענק רראַמא . 7 31 


עס איז געװאַקסען דער מאַסעןירחמנות אויף דער ערמאָר- 
דעטער און א מאַסע-באַגעהר זיך נוקם צו זיין אָן דעם מער- 
דער אין דער נאָרטה, ווען עס מאַכט זיך אן עהנליכער פּאַר- 
ברעכען, ווערט דער עולם אויך אויפנערענט. צו אַזאַ וילדען 
כעס וי אין דער סאוטה קומט עס דאָרטען אָבער ניט, 

מען האָט געװאָלט האָבען דעם מערדער אויפ'ן שטעל. אזוי 
איז געווען דער געשריי, און די צייטוננען האָבען זיך איינע די 
אַנדערע איבערנעיאָנט אין שרייען מיט די קולות, וועלכע מען 
האָט געהערט אויפ'ן נאַס. זיי האָבען געפאָדערט אַז די פֹאַ- 
ליציי זאָל גלייך געפינען דעם שולדיגען און איהר נעסטראַשעט 
אַז אויב זי װעט דאָס באלד ניט טאָן, , װעט מען פאַרלירען דעם 
צוטרוי צו איהר". 

און טאָמער װאָלט די ווירקונג פון דער ווילדער מאַב-פּסי- 
כאַלאָגיע נאָך געווען ויינינ, איזן צונעליינט געווארען א געלט- 
אינטערעס, 

צייטונגען האָבען צונעזאָנט צו טויזענד דאָלאר דעם, װאָס 
וועט ענטדעקען דעם מערדער. די רענירונג פון דעם סטייט 
דזשאָרדזשיאַ האָט פארשפּראָכען פינף הונדערט דאָלאר און די 
שטאָדט-רעגירונג פון אטלאנטא -- טויזענד; אין אלעמען האָט 
מען צונעזאָנט 4,200 דאָלאר, און דער רעזולטאַט איז נעווען, 
אַז פארשידענע מענשען האָבען זיך געריסען צו פארדינען כאָטש 
א טייל פון דער סומע. 

מען האָט נעשאָלטען די פּאָליציי, באַװיינט די אומנליקליכע 
מיידעלע, און ווידער נעשאָלטען די פּאַליציי. ‏ עס האָט געקאָכט 
װי אין א קעסע?. דער עולם אין נעווען אין א היסטעריקע. 
מען איז געווען בארייט צו כאַפּען וועמען עס איז, צו נלויבען 
װאָס עס איז... 

די פּאַליציי האָט פיבעריש נענומען זוכען דעם מערדער -- 
פּשוט אום זיך אַלֵיין צו רעטען. זי איז בערייט געווען אויף 
אַלעס, אַבי צו אַנאָנסירען, אַז זי האָט געפּאַקט דעם פאַרברעכער. 

אָט אין דיזער היסטעריקע האָבען איהרע דעטעקטיווס זיך 
א נעם געטאָן צו פרענק'ען, 


272 בלעטער פון מיין לעבען 


עס קען קיין צווייפעל ניט זיין, אַז צוערשט האָבען זיי ערנסט 
געארבייט מיט דעם צוועק צו געפינען דעם אמת'ען מערדער, זיי 
זיינען אָבער געווען אונפעהיג צו זייער פאַך. וי אויבען אין 
ערקלערט געװאָרען, איז אטלאַנטא אין דרייצען יאָהר פון אַ 
שטעדטעל פון 83 טוויזענד איינוואוינער געווארען א שטאָדט 
פון 900 טויזענד איינוואוינער איהר פּאָליצֵיי אין נאָך געווען 
א פראווינציעלע פּאַלִיציי, ‏ און איצט, אין דער אַלגעמײנער 
אויפרענונג, אין איהר שרעק פאַר דעם צאָרן פון דעם מאַב, זי 
נען ביי איהרע דעטעקטיווס פּשוט די מוחות פּאַראַליזירט גע" 
װואָרען,. אלזאָ, זיינען זיי געקראָכען אויף די נלייכע װענט. זיי 
האָבכען דערזעהן וויכטיגע סליאַדען און זיך נעטשעפּעט צו , בא" 
ווייזע", וועלכע האָבען ניט געהאט קיין ממשות, און זיי האָבען 
פארזעהן אַזעלכע, וואס װאָלטען יאָ געהאט 8 ממשות, 


צום ביישפּי?: די צוויי צעטעלעך, װאָס מען האָט געפונען 
לעבען דער טויטער, װאָלטען ניודיארקער אָדער פילאדעלפיער 
דעטעקטיווס אונטערזוכט און אױסגעפאָרשט אַזױ גרינדליך וי 
מעגליך, אין דעם שרייבער'ס האַנדשריפט און שפּראַך װאָלטען 
זיי געזוכט אַ שליסעל צו דער געהיימניס. זיי װאָלטען זיך גע" 
מיהט צו געפינען א מענשען, װאָס האָט פּונקט אַזאַ האַנד" 
שריפט און שרייבט פּונקט אויף אַזאַ שטיינער. אָדער נעמט 
דאָס פאָלנענדע, למשל: 


מערי פיינען איז נאָך איהרע ויידזשעס געפאָהרען מיט אַ 
מעש-בעג (אַ בייטעלע פון געוועבטע באַזילבערטע דראָט). נאָך 
איהר טויט האָט מען נעפונען איהר הוט, איהר הענדקערטשיף, 
איין שוך איהרען, און איהר שירם, אָבער ניט איהר מעשיבענ. 
וואו-זשע איז ער אַהיננעקומען? אפשר װאָלט מען איהם גע- 
פונען ערנעץ-וואו און ער װאָלט געפיהרט צו אן ענטשיידענדען 
סליאַד ? 


מיט אַזעלכע פאָרשונגען האָט די אטלאנטישע פּאַליציי זִיך 

ניט באַשעפטיגט, 2 
| געניטע, פעהינע פּאַליסלײט װאָלטען דעם קעלער, וואו מען 
האָט געפונען מערי'ס קערפּער, די ערשטע טעג געהאַלטען פֿאַר- 


די פרענק דראַמא 8 


שלאַפען, כדי די דעטעקטיווס זאָלען קענען גענוי באקוקען און 
אונטערזוכען דעם פּלאַץ, די אטלאנטער פּאַליציי אָבער האָט 
אַהין גלייך אַרײינגעלאָזען טויזענדער ניינערינע. דער עולם אין 
ארומנעלאַָפען איבער'ן בייסמענט, געטראָטען, נעבריקעט מִיט די 
פיס פאַרשידענע זאַכען, װאָס האָבען זיך נגעװאַלגערט אין די 
קוילען מיסט,. פילייכט האָט מען פאַרניכטעט אָדער צוגענומען 
עפּעס, װאָס װואָלט געווען וויכטינ פאַר דער אונטערזוכונג, 


אויף דער הינטער-טיר פון דעם בייסמענט האָט מען געפונען 
אַ בלוטינען אָפּדרוק פון פינגער, וועלכען דער מערדער האָט דאָר- 
מען איבערגעלאָזען, אַליין ניט וויסענדיג, בשעת ער איז דורך 
דאָרטען אַרױסגענאַנגען. די דעטעסטיווס װאָס האָבען דעם קע- 
לער באַקוקט, נלייך װוי דער נאַכטװועכטער האָט זיי גערופען, 
האָבען פון דער דאָזיגער טיר אָפּנעשפּאָלטען די שטיקעל האָלץ, 
וואו עס האָט זיך געפונען דער אֶפּדרוק. נעטאָן האָבען זיי 
אָבער מיט דעם גאָרניט. ביי אַ געניטער, פעהינער פּאַליציי, 
זיינען אַזעלכע פינגער-דרוקען די בעסטע ווענ-ווייזער ; און וי 
מיר וועלען זעהן, װאָלטען די סליאַדען אין דיזען פאל געקענט 
לייכט פיהרען צו דעם מערדער,. די אטאַנטער פּאַליציי האָט 
אָבער מיט דיזע פינגער-צייכענס זיך ניט באַנוצט, 


דאָס איינציגע װאָס די דעטעקטיווס האָבען נעקענט פאר" 
שטעהן, און פאַר װאָס זיי האָבען זיך אָנגעכאַפּט, אין געוען 
דער פאַקט, אַזן ליאָ פרענק אין געװוען דער לעצטער, װאָס 
האָט די מיידעלע געזעהן אַ לעבעדינע. אלאָ, האָבען זיי זייער 
גאַנצע פאָרשונג נגעפיהרט אַרום דעם דאָזיגען פאַקט. אין דיזער 
פאָרשונג זייערער זיינען זיי אַזױי פאַרטיפט געװאָרען, אַזן צו 
אַנדערע סליאַדען, אַ סך ויכטינערע, זיינען זיי געווען בלינד 
אָדער זיך נעמאַכט בלינד. וואָרים װוי מיר וועלען זעהן, האָבען 
זיך די דעטעקטיווס ניט אָפּנעשטעלט פֿאַר קיינע סמיטלען צו 
קרינען עדות װאָס זאָלען באַשטעטינען זייער , טהעאָרי? און צו 
אונטערדריקען העכסט ויכטינע באַווייזע, װאָס האָבען געט" 
טעלט אין א גאַנץ אַנדער ריכטוננג. 


נאָר לאָמיר געהן כסדר. 


274 בלעטער פון מיין לעבען 


6 
פרענק ווערט אַרעסטירט. 


איינינע מינוטען נאָך זיבען אין דער פריה, איז דעטעק- 
טיוו סטאַרנס און נאָך דעטעקטיווס און פּאָליסלײיט צונעפאָהרען 
צו פרענק'ען אויף זייער אַטאָמאָביל, איינער פון זיי, דזשאַהן 
בלעק, האָט דערנאָך באַריכטעט : 

4) אַז וװען זיי זיינען געקומען, האָט די טיר זיי גע- 
עפענט אי פרענק, אי מיסעס פרענק -- אַ סימן, אַז זיי זיינען 
געווען זעהר צוטראָגען און נערוועז. 

2) אַז פרענק איז שוין געווען אָנגעטאָן. בלין אַ קראַ- 
נען און אַ שניפס האָט איהם געפעהלט. היינט פאַרװאָס אין 
ער געווען אָנגעטאָן אַזױ פריה אין אַ זונטאָג? האָט דעטעק- 
טיוו בלעק דערפון נעדרונגען, אַז עס האָט זיך איהם ניט גע" 
שלאָפען. 

6) פרענק האָט די פיננער דורכגעפיהרט דורך זיינע האָר און 
זיין קול האָט נעקלוננען הייזעריג --- ווידער אַ באַװײז אַז ער 
איז געווען זעהר נערוועז. | 

4 בשעת די דעטעקטיווס זיינען אַריינגעקומען האָט פרענק 
ביי זיי נעפרענט: ,װאָס פאַר אַן אוננליק האָט פּאַסירט ?" 
אַלזאָ, האָט בלעק דאָס אָנגעגעבען אלס אַ באַוייז, אַז ער האָט 
געוואוסט װאָס אין דער פעקטאָרי איז פאָרגעקומען. 

דערצו פוז מען צוליינען נאָך עפּעס: איידער די פֹּאֶלֵיצֵיי 
איזן געקומען צו פרענק'ען האָט דעטעקטיוו סטאַרנס מיט איהם 
גערעדט פון דער פעקטאָרי אויפ'ן טעלעפאָן; און לויט דעם 
באַריכט, װאָס סטאַרנס האָט דערנאָך אָפּנעגעבען, האָט ער 
פרענק'ען בלויז געזאָנט, אַז ער רעדט צו איהם פון דער פּעקטאָרי 
און אַז פּאַליצײי װועט באַלד קומען צו איהם, צו פרענק'ען. און 
װאָס האָט פרענק דערביי אויפ'ן טעלעפאָן געזאָנט? האָט ער 
אויסגעדריקט איבערראשונג?. ניין, ער האָט נאָרניט אויסנע- 
דריקט, גאָרניט געזאָגט און נאָרניט געפרעגט. אַזוי האָט סטאַרנס 
דערנאָך איבערגעגעבען דעם טשיף פון די דעטעקטיווס. דאָס 


דו פרענק דראַמא 75 


הייסט, אַלזאָ, אַז קיינער האָט איהם ניט געזאָגט, אַז עס האָט 
נעטראָפען אן אוננליק, און אַז ער האָט דאָס אַליין געוואוסט, 

5) די דעטעקטיווס האָבען פרענק'ען געאיילט. ער האָט 
געפאָדערט מען זאָל איהם פריהער לאָזען אויסטרינקען אַ טאַס 
קאפע (זיי האָבען דאָס. איהם אָבער ניט ערלויבט), דאָס הייסט, 
האָבען זיי געלערענט דעם פּשט, אז ער האָט געװאָלט באַרוהינען 
זיינע נערווען. 

6) װאָס אנבאטרעפט זייער לאנגען קלינגען אויפ'ן טעלע- 
פאָן, האָבען זיי דאָס אָנגעגעבען פאַר אַ צוייטען באַװיז, אַז 
ער האָט פאַרשטאַנען, צו װאָס די פּאָליציי דאַרף איהם, און אַז 
דעריבער האָט ער זיך געמאַכט ניט הערענדיג, אַז דער טעלעפאָן 
קליננט, 

7) אין דעם אָנדערטייקער'ס שאַפּ, האָט מען דעם טויטען 
קערפּער אַריבערגעפיהרט באלד נאָכדעם, װוי די דעטעקטיווס 
האָבען איהם באַקוקט אין בייסמענט, און אַהין האָט מען פרענק'ן 
געבראַכט גלייך וי מען האָט איהם גענומען פון זיין וואוינונג. 
אין דעם צימער, וואו דער מת איז נעלענען, אין דאַן געוען 
פינסטער. פרענק'ען האָט מען אַהין אַרײנגעפיהרט און אין 
דעם זעלבען מאָמענט האָט מען אויף דעם טויטען פּנים ארוים- 
געװאָרפען אַ שטאַרקע עלעקטרישע ליכט. האָבען די דעטעק- 
טיווס דערנאָך באַריכטעט, אַז פרענק איז געװאָרען זעהר נער- 
וועז און צושראָקען. 

פאָרלויפינ האָט מען איהם פריי נעלאָזען. די ,באוייזץ" 
װאָס זיינען דאָ אויסגערעכענט געווארען, אַלס אַ צונאָב צו דעם 
פאַקט, אַן ער איז געווען דער לעצטער װאָס האָט נעזעהן די 
מיידעלע אַ לעבעדינע, האָט מען אַרוױיסנגעשטעלט אַלס אַ פונדא- 
מענט פאר ווייטערע אונטערזוכוננען אויף דעם דאָזינען פונ- 
דאַמענט האָט די פּאָליציי גענומען בויען אַ קייס. זי האָט גע- 
זוכט און זי האָט ענטדעקט דאָס פאָלנענדע: 

8) וען מען האָט ניוט ליע'ן, דעם נאַכט-וועכטער פון 
דער פּענסיל פעקטאָרי, אַרעסטירט, האָט ער דערצעהלט דער פֹּאַ- 
ליציי אַזאַ נעשיכטע :;. פרייטאָג, דאָס הייסט מיט א טאָנ פריהער 
איידער דער מאָרד איז באַנאַנגען געווארען, האָט פרענק צו 


26 בלעטער פון מיון לעבען 


איהם געזאָנט: , מאָרנען קום מיט צוויי שטונדען פריהער װי 
געוועהנליך. קום פיר אוהר. איך װעל געהן אויף א בעיך- 
באָל געים*), וועסטו אַכטונג געבען אויף דער פעקטאָרי", 

אָבער אויף מאָרנען, ווען ניוט ליע איז געקומען פיר אוהר, 
האָט פרענק צו איהם נעזאָגט: ג,געה ערגעץ ואו און האָב 
פאַרגעניגען. קום צוריק זעקס א זייגער". 

דערפון האָט די פּאַליִציי נגעצוינען דעם שלוס, אז פרענק 
האָט דאַן, שבת בײייטאָג, געדארפט טאָן עפּעס אַזעלכעס, צו 
װואָס ער האָט ניט געוועלט האָבען קיין עדות. אויף דער בעיך- 
באָל געים איזן ער ניט גענאַנגען. ער אין געבליבען אין דער 
פעקטאָרי,. דאָס איז א באַװוייז, אַז ער האָט געהאט דאָרטען צו 
באַזאָרגען עפּעס אונערווארטעטעס. 

9) אן אָנגעשטעלטער אין דער פעקטאָרי, איינער מיט'ן 
נאָמען גענט, איז יענעם שבת אַװוענט אַהין געקומען נאָך אַ פּאָר 
שיך, װאָס ער האָט דאָרטען איבערגעלאָזען. האָט פרענק איהם 
ניט אַרייננעלאָזען -- 8 ,סימן" אז פרענק האָט מורא געהאט 
טאָמער געפינט נענט די ערמאַרדעטע מיידעלע. 

0 אַרום זיבען אוהר יענעם אַװענד האָט פרענק טעלעפאָ- 
נירט צו ניוט ליע'ן, וועלכער איז שוין געווען צוריק אין דער 
פעקטאָרי, און איהם געפרענט אויב אַלץ איז אין אָרדנונג. ניוט 
האָט דער פּאַליציי געזאָנט, אַז אַזא זאך, -- טעלעפאַנירען צו 
איהם --- האָט פרענק פריהער קיין מאָל ניט געטאָן. אלאָ, 
איז דאָס אַלץ א באַוייז, אַז ער האָט געהאָט אַ ספּעציעלע אור- 
זאכע צו זיין אונרוהינ, מורא צו האָבען טאָמער האָט ניוט עפּעס 
באמערקט אין בייסמענט. 

1 וען מען האָט פרענק'ען געבראַכט אין דער פּאַליציי, 
איז שוין דאָרטען געווען אָנגענרייט אַ לאִיער (אַדװאָקאַט) פאַר 
איהם. האָט ער, פרענק, דאָך מסתמא שוין פון פריהער גע- 
וואוסט, אַז מען װעט איהם אַרעסטירען און אַז איהם װועט נויטינ 
זיין אַ פאַרטיידינער, 

9 נלייך נאָכדעם, וי עס איז באַקאַנט געווארען דער 


*) דו אַמעריקאַנער שפּיל אין באַלל. 


דו פרענק דראַמא 877 


מאָרד, האָט פרענק אָנגעשטעלט פּינקערטאָן דעטעקטיוום"), אַז 
זיי זאָלען אויפזוכען דעם מערדער פון מערי פיינען. האָט די 
פּאַליִציי אין דעם געזעהן אַן אַבזיכט אָפּצוציהען די באַשול- 
דינגונג פון זיך און צו פאַרפּלאָנטערען די אונטערזוכונג. 


38) אַן אַרבייטער מיט'ן נאָמען בעררעטט, וועלכער אין 
געווען באַשעפטינט אין דעם מעטאַל צימער פון דער פּענסיל 
פעקטאָרי, האָט מאָנטאָנ, דאָס הייסט צוויי טעג נאָכ'ן מאָרד, 
אויף דער מאַשין, ביי וועלכער ער האָט געאַרבײט און וועלכע 
אין געשטאַנען אין יענעם צימער, געפונען זעקס אָדער זיבען 
האָר, װאָס זיינען געווען עהנליך צו מערי פיינען'ס האָר; פריי- 
| טאָג, האָט ער געזאָגט, זיינען די האָר דאָרטען ניט געווען. און 
אויף דעם זעלבען קאָרידאָר, לעבען דער דרעסינג רום (וואו די 
מיידלעך פלעגען זיך איבערטאָן), אַביסע? ווייטער װוי דער מע- 
טאל-צימער, האָט ער באַמערקט אַ פאַרטריקענטען בלוט-פלעק --- 
אַזױ האָט ער באַריכטעט. דיזע ביידע צימערען און פרענק'ס 
אפִים (ביוראָ) זיינען געווען אויף דעמזעלבען קאָרידאָר. 
אלזאָ, האָט די פּאָליציי חושד געווען, אז פרענק האָט די מיידעל 
אין דעם מעטאַל צימער ערמאַרדעט אָדער פארוואונדעט, און 
דערנאָך איהר קערפּער נעשלעפּט דורכ'ן קאָרידאָר, פאַרביי דעם 
דרעסיננ-רום, 

4) עס איז שוין דערמאַנט געווארען, אז פרענק און זיין 
פרוי האָבען געוואוינט צוזאמען מיט מיסעס פרענק'ס עלטערן -- 
מיפטער און מיסעס זעליג. נו, האָט אַ נעגער מיט'ן נאָמען אֵל- 
בערט מעק-נייט, וועמעס פרוי, מינאלא, איז געווען א קעכין ביי 
מיסעס זעליג, דערצעהלט אַזאַ ‏ מעשה: שבת, דעם טאָג פון 
דעם מאָרד, האַלב נאָך איינס אוהר, אין ער געווען ביי די זע- 
ליגס אין קיך און פון דאָרטען האָט ער נעקענט זעהן װאָס עס 
טוט זיך אין דעם דיינינג רום (עס-צימער), וואו די פאמיליע 
האָט דאַן געגעסען לאָנטש (מיטאָג-שפּיז); האָט ער געזעהן 
וי פרענק זיצט ביים טיש און עסט ניט. דאָס הייסט, האָבען די 


*) אַ באַקאַנטע פירמע פון פּריװואַט דעטעקטיווס, וועלכע האָט אָפֹּ- 
טוולונגען איבער גאַנץ אטמערוקא. 


28 בלעטער פון מיין לעבען 


רעטעקטיווס ערקלערט, אַז פרענק איזן געװען זעהר צוטראָנען. 
עסען איז איהם אין זינען ניט געלענען. און דאָס איז דאָך געווען 
א קורצע צייט נאָכדעם, װוי ער האָט מערי פיינען אויסגעצאָהלט 
איהרע וויידזשעס אין דער פעקטאָרי, 

צווישען דער קיך פון די זעלינס און די פרענקס און זייער 
עס-צימער געפינט זיך אַ סוינגינג דאָאָר (אַ טיר װאָס וינט 
זיך אַהין און אַהער, ווען מען גיט איהר אַ שטופ עפענט זי זיך 
אויף און באַלד מאַכט זי זיך ווידער צו). אט דורך דיזער טיר, 
בשעת די קעכין האָט עפּעס אַרײנגעטראָגען אין דעם עס-צימער 
אָדער עפּעס אַרױיסגעטראָגען פון דאָרטען, האָט מעקנייט 
געזעהן וי פרענק זיצט ביים טיש און עסט ניט. אִי פרענס'ס 
פּלאַץ ביים טיש געפינט זיך אויף אַזאַ אָרט, אַז ער קומט אויס 
מיט'ן רוקען צום טיר? האָט מעקנייט אויף דעם געענטפערט, 
אַז איהם האָט געהאָלפען דער שפּינעל פון דעם עס-צימער. אין 
דעם דאָזיגען שפּינעל האָט ער געקענט זעהן פרענק'ס פּנים מיט 
זיין מויל, און די מוי? איז ביי איהם נגעווען פאַרמאכט, 

דאָס אַלץ האָט מעק-נייט דערצעהלט פאַר די דעטעקטיווס, 
אין אַן אַפידייוויס (אַ געשװאָרענע באַהויפּטוננ), 

און פאַר אַ באַקאַנטען האָט מעק-נייט מיטגעטיילט נאָך אַ 
פיל שלאנענדערע זאך: מינאָלא, זיין פרוי, די קעכין, האָט 
אַליין געהערט, וי מיסעס פרענק האָט איהר מוטער דערצעהלט, 
אַז פרענק האָט ערמאַרדעט אַ מיידע?, אַז פון צוטראָגענקייט 
און שרעק האָט ער פאָרינע נאַכט (שבת צו נאַכט) זיך אַזױ 
אָנגע'שיכור'ט, אַז זי, מיסעס פרענק, איז געצוואוננען געווען צו 
שלאָפען אויפ'ן פלאָר, מעקקנייט'ס באקאנטער האָט דאָס או-. 
בערגענעבען דער פּאַליציי און זיי האָבען דאָס אַלץ פארשריבען. 

5) אַ איננעל מיט'ן נאָמען דזשאָרדזש עפּפּס, פון בעל- 
וואוד, האָט באַריכטעט, אַז ער איז צוזאמען מיט מערי פייגען 
געפאָהרען אויפ'ן קאַר פון בעלוואוד ביז לעבען דער פּענסיל 
פּעקטאָרי ; אַז אַזױ פאָהרענדיג האָט מערי פאַר איהם זיך באַ- 
קלאָנט, אַז פרענק מאַכט איהר חן'דעלעך, און רעדט צו איהר 
אויף אַזאַ אַרט, אַז איהר איז זעהר ניט אנגענעהם דערפון. 

6 מערי'ס אַ חבר'טע, אַ מיידעל? מיט'ן נאָמען העלען 


דו פרענק דראַמא 279 


פוירגוסאָן, האָט באַריכטעט, אַז פרייטא? (דאָס הייסט, מיט אַ 
טאָנ פאַר'ן מאָרד), איז זי געקומען צו פרענק'ען נאָך מערי'ס 
ענװעלאָפּ, אוֹן פרענק האָט איהר געענטפערט, אַז מאָרנען װעט 
מערי אַלֵיין צו איהם קומען און אַז דעריבער וװועט ער איהר, 
העלען'ען, דעם ענװעלאָפּ ניט נעבען -- אַ באַוייז, אַז ער 
האָט ערװואַרט מיט מערי'ן שבת צו פאַרברענגען. 


אין אַ מאָרד-פּראָצעס איז איינס פון דאָס וויכטינסטע צו 
באַווייזען דעם מ א טיוו, דעם אינטערעס, ואָס דער באַ- 
שולדינטער האָט געהאט דעם מאָרד צו באַגעהן, אז פרענק האָט 
געהאַט דערביי אַ געלט-אינטערעס אין נאַטירליך געווען אויס- 
געשלאָסען, דער איינצינער פמאָטיוו ואָס װאָלט דאָ געקענט 
האָבען א זין, װאָלט סיידען געװוען א תאוה צװעק. אִהן באַ- 
ווייזע אויף דעם װאָלט די גאַנצע באשולדיגונגס-געביידע, וואס די 
פּאַליציי האָט געבויט גענען פרענק'ען, קיין ממשות ניט געקענט 
האָבען,. נו, האָבען די דעטעקטיווס זיך אַװעקגעלאָזען זוכען 
אזעלכע באַווייזען,. און ווידער דאָס זעלבע: ,דער וואונש אין 
דער פאָטער פון דעם געדאַנק", און דער פּאַליצייאישער גע- 
דאַנק איז געווען דער ,פאָטער" פון אַלערלײ באַהױיפּטונגען, אַז 
פרענק איז געווען אן עקעלהאַפטער הולטאַי. אזוי וי אַן אֶפי- 
ציעלע מעדיצינישע אונטערזוכוננ האָט ניט נעקענט באַוייזען, 
אַז מערי אין געווען געשענדעט, אין נויטינ געװוען צוֹ ,באַ- 
ווייזען", אַז פרענק האָט מיט פרויען געהאט אוננאטירליכע 
פאַרהעלטניסען. 


צוזאמען מיט דער פּאַליציי האָט אין דער אונטערזוכונג 
דאַן נגעארבייט אַַ געוויסער אַװאַנטוריסט און שאַרלאַטאַן. און, 
לויט באַריכטען, װאָס האָבען זיך אַרומנעטראָנען אין אטלאנטא, 
האָט ער דאָס דער פּאַליציי גענעבען דעם פּלאַן צו קריגען באַ- 
ווייזע, אַז פרענק אין אַ דעדזשענערייט (דענענעראט, אן און- 
נאַטירליכער הולטאַי). אלזאָ, האָט מען , געפונען? אזעלכע באַ- 
ווייזע אויך. 


7 בשעת מען האָט פרענק'ען אוועקנעפיהרט אין דער 
פּאָליצײ, האָט מיסעס פרענק איהם דאַרטען ניט באזוכט. אללא. 


200 בלעטער פון מיין לעבען 


האָט מען דאָס אויסנעטייטשט אַלס אַ באוייז, אז זי יל פון 
איהם ניט וויסען, ווייל זי קען איהם אַלס אַ מיאוס'ן הולטאי, 

דאָס איז נאַטירליך ניט געווען שטאַרק גענוג,. מען האָט אָבער 
געקראָגען פיל שטאַרקערע און דייטליכערע , באַװייזע?" וועגען זיין 
דעדזשענערעסי. 

כמעט אין יעדער אַמעריקאַנער שטאָדט, וואן אונאַנשטען- 
דיגע הייזער זיינען ניט אױיסגעראָטעט געווארען (וי אין ניו 
יאָרק, צום ביישפּיל, אין דער צייט ווען דיזע שורות וערען 
געשריבען), געפינט זיך די פּאָליצֵיי אין באַציחוננען מיט זיי. 
זי נעמט ביי זיי רענעלמעסינע צאָהלוננען פאַר וועלכע זי טוט. 
זיי ,טובות?". אין מאַנכע שטעדט קומט דאָס זאָגאר פֿאָר כמעט 
אָפּען;: און אין אַמאָלינע יאָהרען אין אַזױ געווען די לאַנע 
אין ניו יארק אויך (זעה 9טען באַנד, פּיידזשעס 364-868). ארום 
דער ציים ווען מערי פייגען איז ערמאָרדעט געווארען, איז די פּאַ- 
ליציי פון אַטלאַנטא געצוואונגען געווען א געוויסע צאָה? פּראָסטי- 
טוציאָנס-הייזער צו אונטערדריקען, אייניגע אָבער האָט זי , פאַר- 
זעהן",. פון דיזע האָט זי געצויגען לא יחרץ נעלד, און איבער 
זייערע באַלעבאָסטעס האָט זי געהאַט אַ שטאַרקען , איינפכום". 
אלזא, ווען די צייטוננען האָבען אָנגעהויבען צו געבען אֶנצוֹהע- 
רענישען, אַז די פּאַליציי האָט באַװײזע, אַז פרענק אין א 
,דעדזשענערייט", האָבען זיך פון אַזעלכע פּלעצער געמעלדעט 
עדות, װאָס האָבען די דאָזינע קלאַנגען ‏ באַשטעטינגט". דאָס 
ברענגט אונז צו דעם נעקסטען פּונקט : 

8) אַ , מאַדאַם? פון אַן אונאנשטענדינע הייזעל, מיט'ן 
נאָמען פאָרמבי, האָט באַריכטעט דער פּאָליציי, ערשטענס, אַז 
פרענק איז ביי איהר אַ גאַנץ אָפּטער קאָסטימער, און צווייטענס, 
אַז שבת אֶווענט, עטליכע שטונדען נאָך דעם וי מערי פיינען 
האָט באַזוכט פרענק'ס אֶפִיס און אין פארשוואונדען געווארען, 
האָט פרענק צוֹ איהר, צו מיסעס פאָרמבי, עטליכע מאָל טעלע- 
פאָנירט. ער האָט געזאָגט, אַז ער דאַרף האָבען א צימער; אז 
ער וויל דאָס דוקא האָבען אין איהר הויז, וויי? עס איז אַ פראַנע 
פון לעבען אָדער טויט פאַר איהם, און אַז צו איהר האָט ער 
פאָלשטענדינען צוטרוי דיזע טעלעפאָן געשפּרעכען זייערע זיי- 


די פרענק דראַמא 1 


נען פאַרגעקומען צווישען האלב נאָך זעקס און צעחן, אלץ אין 
יענעם שבת-צו-נאַכט, האָט זי געזאָגט, 

דאָס זיינען געווען די , באַװייזע? נגענען פרענק'ען די ערשטע 
דריי-פיר טעג נאָכדעם װוי מען האָט געפונען דעם טויטען קער- 
פּער פון מערי פיינען,. דאָס איז געווען דער גרונט פאר דעם 
חשד, אַז ער איז דער מערדער. 

דעם 29טען אַפּריל, דעם פערטען טאָג נאָך דעם מאָרד, איז 
געווען מערי'ס לויה. די שטאָדט אין געװען אונבאשרייבליך 
אויפגערעגם. די באַהױפּטונגען, וועלכע מיר האָבען דאָ אוים- 
גערעכענם, האָט דער עולם געלייענט אין די צייטונגען, און, 
אַזױ װי קיין אַנדערען װעמען חושד צו זיין אין ניט געװען, 
האָט מען גלייך אָנגענומען, אַן פרענק איז דער פארברעכער, 

יענעם טאָג איז פרענק אַרעסטירט געווארען. 

מען האָט איהם אַריינגעזעצט אין דעם ,טאַוער" (טורם), 
אַזױֹי דופט דער עולם פון אַטלאַנטא די געפענגניש, וואו מען 
האַלט מענשען, וועלכע ווערען באַשולדינט אין שווערע פארברע- 
כענס. וען אימיצער אין פאראורטיילט צום טויט, װערט די 
טויט-שטראָף דאָרטען דורכנעפירט, 

אויף מערי'ס לויח האָבען איינינע געשימפט און געשאָלטען 
פרענק'ען און געפאָדערט מען זאָל איהם גלייך הענגען. אַנ- 
דערע ווידער, רוהיגערע מענשען, האָבען געפאָדערט, אַז ענטווע- 
דער די פּאָליצײי זאָל װאָס שנעלער צוזאַמענשטעלען א פאַלשטענ- 
דיגע קייס געגען פרענק'ען, אויב ער איז ווירקליך שולדיג, אָדער, 
אויב דאָס אין אונמעגליך, זאָל זי װואָס שנעלער געפינען דעם, 
װאָס איז יאָ שולדיג אין דיזען זין האָבען אויך געשריבען די 
צייטונגען. 

הענפּאָרט לענגפאָרד, דער הויפּט פון די פּאַליצײי דעטעקטיווס 
פון אַטלאנטא, האָט באַלד אַנאַנסירט, אז ער האָט שלאַנענדע 
באַװייזע אז פרענק איז דער מערדער און אַ פאָכשטענדיגע קייס 
געגען איהם. די צייטונגען האָבען דאָס נעדרוקט מיט די גרעסטע 
בוכשטאַבען. 

װאָס פרענק האָט געהאַט צו זאָנען אויף די אַלע באַהויפּטון- 
גען האָבען די שטאָדט-לייט ניט געוואוסט, אָדער געוואוסט נאָר 


2080 בלעטער פון מוין לעבען 


אויף אַן אונדייטליכען שטיינער, וואָרים זיינע לאִיערס האָבען 
איהם געהייסען שוויינען, װוי געוועהנליך אין אַזאַ פאַל. צו װאָס 
זאָל ער פאַר זיינע באַשולדיגער עפענען זיינע קאָרטע? צו װאָס 
זאָל ער זיי העלפען זיך צונרייטען צו דעם קאַמף, װאָס װעט 
פאָרקומען אין געריכט ? 

דער אַלגעמײינער עולם האָט נאָר געוואוסט פון די סענסאַ- 
ציאָנעלע מעשות, װאָס די פּאָליציי האָט פאַרשפּרײיט געגען איהם. 
אַלס דעם ויכטינסטען באַוייז, אַז ער אין דער מערדער, 
האָט מען באטראכט דעם פאקט, אַז ער אין געווען דער לעצטער 
װאָס האָט מערי'ן געזעהן אַ לעבעדינע. אין די אַלע אַנדערע 
באַהױפּטונגען האָט מען געזעהן א באַשטעטינונג פון זיין שולר, 

די גרויסע אוטויסענדע מאַסע אין געוען זיכער, אַז 
ער איז דער מערדער. און אַ סך אינטעליגענטע מענשען אויך, 
אידען אַזױ גוט וי קריסטען, 

געוועחנליך ווען מען אַרעסטירט איינעם פאַר א פאַרברעכען, 
איז דער עולם געניינט צו נלויבען, אַז ער איז שולדיג. ביי זיך 
אין האַרצען האָבען מענשען אַ שלעכטע מינונג װענען דער 
מענשליכער נאַטור,. אין די פאַרבאָרגענע ווינקעלעך פון יעדען 
און יעדער ליגט אַ גנב און א נזלן און אַ הולטאַי --- אַזוי טראכט 
מען זיך,. אין דער ענגלישער און אַמעריקאַנער יוריספּרודענץ איז 
פּאַראַן א כלל, אַזן ,אַ מענש אין אונשולדיג, סיידען עס ווערט 
באַװיזען אַז ער איז שולדיג", ביי זיך אין געדאַנק אָבער האָבען 
מענשען אַ פֿאַרקערטען כלל: יעדער אין שולדיג, סיידען ער 
באַװייזט זיין אונשולד, אַזוי איז געווען אין באַצוג צו פרענק'ען, 
ווען די פּאָליציי האָט איהם אַרעסטירט. 

בלויז זיינע פריינד און נוטע באקאנטע האָכען די באַשולךי- 
גונג נגענען איהם ערקלערט פאַר א הימעל-שרייענדען בלבול. 

איבער'ן שטאָדט האָבען זיך נענומען טראָנען ווילדע קלאַנ- 
נען מיט עקעלהאַפטע איינצעלהייטען פוֹן פרענק'ס צולאָזענעם 
לעבען,. אַזױ וי די מיידעלע אין ניט געװען נעשענדעט, האָט 
מען אױסנעטראַכט אַלערלײ מעשיות מיט פאַרשידענע פאָרמען 
פון קרענקליכע תאוֹה. מען האָט, צום ביישפיל, דערצעהלט, 
אז פרענק האָט אין זיין פּעקטאָרי אַ נאַנצע בילדער נאַלערי 


די פרענק דראַמא י 08 


פון אונאַנשטענדינע נעשלעכטליכע סצענעס, און דיזער באַריכט 
איז געווען געבויט אויף דעם פאַקט, דאָס אויף אַ טיר פון איו- 
נעם פון די פּעקטאָרי-צימערען, אין נגעהאנגען אַן אדווערטיין- 
מענט (רעקלאַמע) פּאָרטרעט פון אַ שעהנע פרוי. 

די מעשיות וװענען פרענק'ס אוננאטירליכע געשלעכטלי" 
דענשאַפט זיינען איינענטליך נעווען דער הויפּט ,פונדאמענט" 
פון דער קייס נענען איהם. וװאָרים די אַנדערע , באַוייזע" 
זיינען געווען ענטװועדער צו נישטינ, אָדער צו וויינינ איבערציי- 
נענד. 


די שמוצינע אַנעקדאָטען, װאָס מען האָט דערצעהלט ועגען 
פרענק'ען, האָבען אין די מאַסען אייננעפלאַנצט אַ געשטאַלט פון 
אַן אויסוואורף, וועלכער האָט צוליב זיינע קרענקליכע פארגע- 
נינענס פארמוטשעט און דערשטיקט אַן אונשולדינע פערצען- 
יעריגע מיידעלע, און דער עולם האָט נעפאָדערט זיין בלוט. 

די צייטוננען האָבען אַלע וויילע אַרוױיסנענעבען אַ פרישע 
עקסטרא. מען האָט זיי געכאַפּט װוי מצה-װואסער און יעדע עקס- 
טרא האָט פאַרגרעסערט דעם מאַב'ס באַזויפענהייט מיט דער קייס, 

מען איז געשטאַנען אַרום די קאָרנערס און געקװויקט זיך מיט. 
איינצעלהייטען ועגען פרענק'ען דעם , דעדזשענערייט", דעם 
,פּוירװואָירט", אַן אָפּשטויסענדער נפש מיט אַן אוננאטירליכער 
געשלעכט-דורשט. מען האָט זיך נעשילדערט די סצענעס פון 
וועלכע ידי שעהנע, אוננליקליכע, פערצעך-יעהרינע מיידעלע אין 
געווען א קרבן; פמען האָט זיך פאָרגעשטעלט וי זי קעמפט 
מיט פרענק'ען פאַר איהר עהרע און וי ער דערװערנט איחר. 
מיט אַזעלכע רייד האָט מען זיך אויפנעהעצט איינער דעם אַנ- 
רערען און סמיט קולות האָט מען געפאָדערט אַַ בלוטינע-ראַכע. 


דר, מאַרקס, דער ראַבינער פון דעם טעמפּעל? צו וועלכען 
פרענק האָט נעהערט און וועלכער האָט איהם נעקענט אינטים, 
האָט ספּעציעל באַזוכט די רעדאַקציע פון איינער פון די אט- 
לאנטער צייטוננען, און געפרענט ביי דעם רעדאַקטאָר, פאר- 
װאָס ער דרוקט אַזעלכע עקעלהאַפטע, ליגנערישע מעשות ועגען 
פרענק'ען ; האָט דער רעדאַקטאָר געענטפערט, אַז אויב ער וועט 


284 | בלעטער פון מיין לעבען 


זיי ניט דרוקען, וועלען די אַנדערע צייטוננען זיי סיי וי סיי דרו" 
קען, און ער װועט דורך דעם פאַרלירען לעזער. 

פאָרלויפיג האָט מען ווע גען פ ר ענ ק'ע ן אל ס 
א י ד ניט גערעדט. מען האָט ועגען איהם געשטורעמט בלויז 
אַלס אַ , דעדזשענערייט", וועלכער האָט די מיידעלע ערמאָרדעט 
צוליב זיין אוננאַטירליכער צולאָזענקייט. 


7 


א נעגער מיט'ן נאָמען דזשים קאָנלי וואשט זיין אויבער- 
העמד. 


צוויי טעג נאָך דעם וי מען האָט אַרעסטירט פרענק'ען האָט 
דער טאָנ-וועכטער פון דער פּענסיל פּעקטאָרי, אַ ווייסער, מיט'ן 
נאָמען האָליוועי, געמעלדעט דער פּאַליציי, אַזן ער אין חושד אַ 
יונגען נענער, מיט'ן נאָמען דזשים קאָנלי, וועלכער אַרבייט 
אויף דער פעקטאָרי אַלס אויפראַמער און טרענער. האליוועי 
האָט נעזעהן וי קאנלי ואַשט זיין אויבערהעמד אין סינק. ער 
האָט ביי איהם נעפרענט פאַרװאָס ער טוט עס, האָט ער געענט- 
פערט אַז מען האָט איהם גערופען צום קאָראַנער*), אַז ער האָט 
נאָר איין העמד און זי איז נגעווען שמוציג פון פאַרראָסטע אייזען 
און שווייס. 


פאַרראָסטע אייזען איז רויט, ‏ אפשר אין דאָס נאָר געווען 
בלוט ? האָט מען קאָנלי'ן אַרעסטירט. ער איז געווען 27 יאָהר 
אַלט, נידריג געוואקסען, אָבער געזונט און שטאַרק געבויט און 
זיין הויט איז נגעווען אַ ברוינע. זיין קװאַרטיר איז געווען אין 
דעם געדיכטען נענער-קװאַרטאל?ל פון אטלאנטא, אין אַ קליינער 
אָרימער כאַלופּקע. דאָרטען האָט ער געוואוינט מיט א יוננער 
נענער פרוי און מיט איהרע צוויי קינדער,. ער איןז ניט געווען 
איהר געזעצליכער מאַן, אָבער אזוי לעבען טויזענדער שווארצע 
פּאָר פאָלק. (װאָס אנבאטרעפט די באַציהונגען צווישען די נע- 


*) אַן ערוועהלטער בעאַמטער, וועלכער דארף באַשטומען, אויב אַ 
פּערזאָן, װאָס אוז געשטארבען מיט אַן אוננאַטירליכען טוים, איז דער 
קדבן פון א מאַרד, 


די פרענק דראַמא 289 


ישלעכטער,, זיינען די פאָראַליבאַנריפען ביי די נעגערס 
ניט אַזױ שטרעננ, און זייער עפענטליבע מיינונג אין א סך 
מעהר אויפריכטיג װוי ביי ווייסע). 

אין דער פּענסי? פעקטאָרי האָט קאָנלִי נעאַרבייט ביי צוויי 
יאָהר און אַ האַלב, מייסטענס אלס אויפראמער און טיילווייז אַלס 
עלעװייטאָר-מאַן. 

די העמד װאָס ער האָט נעװואַשען האָט מען ביי איהם צונע- 
נומען, מען האָט איהר איהם אָבער באלד צוריקנענעבען. קין 
סמנים פון בלוט האָט מען אויף איהר ניט געפונען,. אפשר זי- 
נען פריהער אזעלכע סמנים אויף איהר יאָ געווען, נאָר זיי זיי- 
נען אָפּנעוואשען געװאָרען ? סיט דיזער פראַנע האָבען די דע- 
טעקטיווס זיך ניט באַשעפטינט, אויך האָבען זיי זיך ניט באַשעם- 
טינט מיט דער פראַנע אויב ער האָט ווירקליך נעהאַט נאָר איין 
אויבער העמד, וי ער האָט געזאָגט. 

יעדענפאלס װאָלט וויכטינ געווען צו וויסען צי ער קען 
שרייבען. אויב יאָ, װאָלט מען בעדארפט פאַרנלײיכען זיין האַנד- 
שריפט מיט דעם שרייבען אויף די צויי צעטעלעך, װאָס מען 
האָט נעפונען לעבען דער ערמאַרדעטער מיידעלע -- אויף די 
,מאָרדדצעטעלעך", וי מען האָט זיי נענומען רופען אין די ציי- 
טוננען. 

אויך װאָלט געווען זעהר וויכטינ צו נעמען זיינע פיננער- 
פּרינטס (דעם אֶפּדרוק פון זיינע פיננער) און זיי פאַרגלייכען מיט 
די פיננער-צייכענס, װאָס מען האָט נעפונען אויף דער הינטער- 
טיר אין דעם בייסמענט פון דער פּענסי? פעקטאָרי, ‏ אזעלכע 
אויפנאַבען װאָלט זיך נעשטעלט די פּאַלִיציי פון יעדער גרויסער 
אָדער זאָנאר קליינער שטאָדט אין דער נאָרטה. די אטלאַנטער 
דעטעקטיווס אָבער זיינען אַזעלכע פראַנען נאָרניט אייננעפאלען. 
זיי האָבען בלויז איבערגעקוקט די נעמען פון אַלע עדות, װאָס מען 
האָט גערופען צום קאָראָנער, און אַזױי וי קאָנלי'ס נאָמען האַ- 
בען זיי דאָרטען טאַקע געפונען (צום קאָראָנער האָט מען גערופען 
כמעט יעדען, װאָס האָט נאָר נעארבייט אויף דער פּענסי? פעק- 
טאָרי), האָט די פּאָליציי נע'פּסק'ענט, אַז ער איז אן אמת-זאָנער 
איבערהויפּט, און קיין ווייטערע פאָרשוננען ווענען איהם האָט זי 


206 | בלעטער פון מיין לעבען 


ניט געהאַלטען פאַר נויטיג צו מאַכען,. זי האָט איהם געפרעגט 
צי ער אין נעווען אין דער פעקטאָרי שבת, דעם טאָג וען 
עס איזן געשעהן דער מאָרד. ער האָט נעענטפערט, אַז ניט. ער 
האָט דערצעהלט וי אַזױ ער האָט יענעם יום-טוב טאָג פֿאַר- 
בראַכט און מען האָט איהם געגלויבט אויפ'ן װאָרט. דערנאָך 
האָט זיך ארויסגעצייגט, אז אין זיינע אַנטװאָרטען זיינען פאַראַן 
לינגענס. צום ביישפּיל, ער האָט נעזאָנט, אַז אין אַוענד איז ער 
נעווען ביי זיין מוטער, און זי האָט געזאָגט, אַז זי האָט איהם 
יענעם אַווענד נאָר ניט געזעהן. 


באַפרייט האָט מען קאָנלי'ן פאָרלויפיג ניט, ואָרים װאָס 
פאַר אַ באדייטונג האָט דאָס אין דער סאוטה צו האַלטען א נעגער 
אין טורמע? די דעטעקטיווס האָבען דאַן נאָך באַשטימט ניט 
געוואוסט, װאָס פון דער קייס װעט װערען; און קאָנלי אין ניט 
געווען דער איינצינער שװואַרצער װאָס מען האָט , דערווייל" פאַר- 
האַלטען. ער איז נעזעסען אין פּריזאָן און מען האָט זיך אָן איהם 
כמעט פאַרנעסען. 


טשיף לענגפאָרד, פון די דעטעקטיווס, און דער סאָליסיטאָר- 
דזשענערא? זיינען געווען פארטאָן אין געפינען שטאַרקע באַ- 
ווייזע גע גען פ ר ענ ק'ען. זי האָבען הויפּטזעכליך נע- 
זוכט באַווייזע, אז ער איז אַ דעדזשענערייט. וועגען דער האַנר- 
שריפט פון די צעטעלעך, וועגען די בלוטיגע פינגער-צייכענס אוֹיף 
דער טיר, אָדער וועגען דער אמת'ער אורזאַך פאַרװאָס קאֲנלי 
האָט געװואַשען זיין העמד --- וועגען אַזעלכע ענינים האָבען זיי 
קיין צייט ניט געהאָט צו קלערען. 


די צייטוננען האָבען ניט אויפנעהערט צו געבען אֶנצוהע" 
רעניש אויף פרענק'ס , דעדזשענערייסי"; דער מאַב האָט ועגען 
זיין ,, אוננאַטירליכער צולאָזענקייט" ניט אויפנגעהערט צו ריידען ; 
צו פּאָסמאַקעװען זיך מיט איינצעלהייטען און צו קאָכען זיך; 
און עס האָט זיך באויזען דער סאָרט עדות, װאָס האָט גע- 
שטימט מיט דער , טעאָריע? אַז פרענק האָט ערמאָרדעט די מיי- 
דעלע, אַלּס רעזולטאַט פון זיין , דעדזשענערייסי". מיידלעך װאָס 
האָבען געאַרבייט אויף דער פעקטאָרי האָבען דערצעהלט, אז 














זאל 









אי 

יי : 

6 

: קיעשנרי 

+ ר ר 








,דזשים" 


ק 





אֲנָכו 


:: ר 
י ר 
א 


2 


ר 


: , א 
אט 





א 

א א 

יאר אק 
: 


א = 
: + 
5 
1 א : 
: על . 
- קר : 
.. : 








דו פרענק דראַמא 287 


פרענק האָט זיי געמאַכט מיאוס'ע פאָרשלאגען, און אז ער האָט 
זיך איבערהויפּט ניט שעהן אויפנעפיהרט מיט זיינע ארביו- 
טאָרינס, 

8 


אַ פורפּריז. 


איין מאָל האָט איינער פון די דעטעקטיווס -- דער דער- 
מאָנטער דזשאַהן בלעק -- באַזוכענדיג דעם פּריזאָן, געטראַכט 
ווענען די צעטעלעך, װאָס מען האָט געפונען לעבען דער ער- 
מאָרדעטער מיידעל, פרענק'ס האַנדשריפט אין דאָס אַבסאָלוט 
ניט, אפשר אין דאָס עהנליך צו דער האנדשריפט פון איינעם 
פון די אַנדערע אַרעסטירטע? די האַנדשריפט אין זעהר אַ 
שלעכטע און דאָס שרייבען איז פול מים גרייזען. א נענער 
װאָלט אַזױ געשריבען. פּונקט אַזױי. האָט ער זיך מישב געוען 
אז מען דאַרף זעהן צי קאָנלי קען שרייבען. װאָס קען דאָס שא- 
דען? איז ער צוגעגאַנגען צו די גראַטעס פון דעם קעמערעל וואג 
קאַנלי איז געזעסען און זיך געװוענדעט צו איהם, ער זאָל אוים- 
שרייבען עטליכע שורות. פריהער איז אזא זאַך נאָר קיינעם פון 
די דעטעקטיווס ניט אייננעפאַלען, און איצט האָט דיזער דע- 
יטעקטיוו דאָס אויך געטאָן אַזױ וי פון יוצא וענען. קאָנלי 
האָט איהם מיט אַ שמייכעל געענטפערט אַז ער קען ניט שרייבען 
און ביי דעם דעטעקטיוו נגעבעטען אַ פיגאַרעט,. האָט דער דעטעק- 
טיוו איהם נענעבען א סינאשרעט און וייטער איהם קיין פראַנען 
ניט נעשטעלט, 


און אַזױ איז א היבשע צייט געבליבען --- אַז קאָנלי קען ניט 
שרייבען,. מען האָט איהם ווידער גענלויבט אויפ'ן װאָרט. װע- 
נען פאַרגלײיכען זיין האַנדשריפט מיט די צעטעלעך האָט אַלזאָ 
קיין רייד ניט געקענט זיין. מאַכען אַן אונטערזוכונג װועגען דעם 
ענין, פרענען ביי די װאָס קענען קאָנלי'ן, אויב ער קען שרי- 
בען, אָדער דערנעהן צי ער איז איננעלווייז געגאַנגען אין סקול, --- 
ווענען דעם האָט בלעק ניט געטראַבט. 


נאָך עטליכע טענ זיינען פאָריבער דעטעקטיוו בלעק האָט 
באזוכט די פענסי? פעקטאָרי, שוין צום צענטען מאָל, ריידענ" 


08 ' בלעטער פון מיון לעבען 


דִיג מיט פרענק'ס אַסיסטענט, אַ יונגענמאַן מיט'ן נאָמען הער- 
בערט שיף (ואֵרים פרענק איז שוין דאַן געזעסען אין פּריזאָן), 
האָט בלעק, פאַרבייגעהענדיג, אַ פרעג געטאָן : 

--- איחר קענט דאָך דעם נענער, דושים קאָנלי, ער זאַנט 
ער קען ניט שרייבען,. אין עס אמת? 

וי מיר זעהען, האָט דיזער דעטעקטיוו ניט אין נאַנצען זיך 
פאַרלאָזען אויף קאָנלי'ס באַהױפּטונג, אַז ער קען ניט שרייבען. 
דער חשד איז איהם אָבער אַרויפגעקומען אויפ'ן זינען צו לאַנג- 
זאַם, צו שפּעט. ווען ער װאָלט איחם אַזױ לייכט ניט. גענלויבט 
אוים'ן װאָרט און ניט געלאָזען פאַרביינעחן עטליכע טעג, װאָלט 
די גאַנצע אונטערזוכונג באַקומען אַ נאַנץ אַנדער כאראסטער. 
װאָרים אין דיזע עטליכע טעג זיינען די דעטעקטיווס און דער 
פאָליסיטאָר דזשענעראל פאַרקראָכען צו ווייט אויף דעם פאלשען 
וועג, וועלכע זיי האָבען זיך אויסגעקליבען (פּשוט וויי? פון קיין 
בעסערען האָבען זיי דאַן ניט געוואוסט), 

שיף האָט געענטפערט, אַז ער ווייס ניט ; אָבער אַז זיין איין- 
דרוק איז, דאָס קאָנלי קען יאַ שרייבען. בלעק'ס פראנע האָט גע- 
מאַכט אַ רושם אין פרענק'ס אָפִּיס. ואָרים אויב קאָנלי קען 
שרייבען און ער לייקענט דאָס, און ער האָט אָפּנעװאשען , רויטע 
ראָסט" פון זיין העמד, דאַן באַקומט דאָך די אונטערזוכונג אַ 
גאַנץ וויכטינע נייע ווענדוננג... 
| איינער פוֹן די סיילסלייט פון דער פּענסי? פּעקטאָרי, אַ 
יונגער מאַן מיט'ן נאָמען נאָטהיים, האָט גלייך געכאַפּט די קאר 
און איז אַװעקגעפאָהרען אין דזשיי? (טורמע). ער האָט זיך נע- 
זעהן מיט פרענק'ען און האָט איהם דערצעהלט װאָס דאָ איז 
פאָרגעקומען. 

--- געוויס, געוויס קען קאָנלי שרייבען, -- האָט פרענק גע- 
זאָנט מיט איבערראַשונג. --- איך האָב געמיינט, אַז די פּאַ- 
ליציי ווייס דאָס די גאַנצע צייט און אַן מען האָט שוין פאר- 
גליכען זיין האַנדשריפט מיט די צוויי צעטעלעך. איך האָב 
געגלויבט, אז מען האָט זיך ערקונדיגט, אז עס אין נאָר אֵן 
אַנדער האַנדשריפט, ניט קאָנלי'ס, 

פרענק האָט זיך דאַן דערמאַנט, אַן ער האָט אָפט באַקומען 


די פרענק דראַמא 89 


צעטעלעך פון קאָנלי'ן מיט ביטעס ער זאָל איהם לייהען געלט. 
אויך האָט ער זיך דערמאַנט, אַן קאָנלי פלענט פארשרייבען די 
באַקסעס פחורה, װאָס ער פלענט צוזאַמענשטעלען. וואו געפינט 
מען אָבער אַ סעמפּע? פון זיין האַנדשריפט ? פרענק האָט גע- 
טראַכט און נעטראכט, און ער האָט זיך דערמאָנט, אַז קאָנלי 
האָט ביי אַ פּעדלער גענומען אַ זייגערע? אויף אױיסצאָהלען און 
אַז ער האָט אונטערגעשריבען אַ פּאַפּיר אויף דעם. קורץ, מען 
האָט אויפגעזוכט דעם פּעדלער און מען האָט געפונען קאָנלי'ס 
האנדשריפט, 

אַז קאָנלי איז שבת אין דער פעקטאָרי געװען, האָט ער, 
קאָנלי, אַלץ געלייקענט און ער האָט די נאַנצע צייט אַלץ פּרע- 
טענדירט, אַז ער קען ניט שרייבען. אין דער פּעקטאָרי װאָבען 
די דעטעקטיווס פון פּאַרשידענע מענשען געהערט שלעכטע מיו- 
נוננען וועגען איהם. מען האָט דערצעהלט אַז ער אין אַ גרוי" 
סעד ליגנער און א שכור, און א מיאוס'ער הולטאי. אויך האָט 
מען דערצעהלט, אַז ער איז שוין פיל מאָל נעזעסען אין פּרי 
זאָן; און אַן ער איז זעהר א כיטרער יונג, א פאַלשער, אַן 
אונערליכער, מען האָט אויך דערצעהלט אַז ער בעם רק ביי די 
ארבייטער זיי זאָלען איהם באָרגען געלט. פילע פון זיי איזן ער 
שולדיג געווען, און שבת, ווען מען האָט געצאָלט ויידזשעס, 
פלענט ער פון דער פּעקטאָרי אַװעקנעהן ניט װי אַלע, נאָר דורך 
א הינטער-טיר, װאָס האָט זיך געפונען אין בייסמענס, כדי זיי 
אויסצומיידען. 

מיר ריידען דאָ ווענען קאָנלי'ס כיטרעקייט. מען דאַרף 
אָבער ניט פארגעסען, אַז ער איז געווען זעהר אונוויסענד און 
רויה, און אַז ביי אַזאַ מענשען איז כיטרעקייט געמישט מיט אַ 
קינדערשער אונפאַרשטענדליבקייט, אָפט מיט פּשוט'ע אידיאָט- 
סטווא. די פֿאָניק אין ביי אַזאַ כיטראַק אַ גאַנץ צרה'דיגע. 


9 
די פאַרלויפינע באווייזע גענען פרענק'ען. 


די אונטערזוכונג אין באַצוג צו דזשים קאָנלי איז פאָרטגע- 
זעצט געווארען און זי האָט געבראַכט אַ נאַנצע רייהע מים סור" 


00 בלעטער פון מיין לעבען 


פּריזען, אָבער צוערשט לֹאָמיר זיך אויף אַ ויילע אָפּשטעלען 
אויף די , באַווייזע" נענען פרענק'ען, וועלכע זיינען אויבען אויס- 
גערעכענט געװאָרען אין א געוויסען סדר, מיט נומערען. מיר 
וועלען דאָ איבערנעבען די אַנטװאָרטען, װאָס אויף די דאָזינע 
באַװייזע האָט נגעגעבען פרענק אַליין, אָדער אַנדערע מענשען, 
אָדער פּשוט די מענשליכע לאָניק; און מיר וועלען דאָס טאָן 
מיט דעם זעלבען נומערירטען סדר, כדי דעם לעזער זאָל זיין 
באַקװעמער די פּונקטען צו פאַרנלייכען --- מיט דער הילף פון די 
נומערען. 

4) א8אָ, ביידע זיינען זיי געקומען צו דער טיר. מיסעס 

פּרענק האָט די דעטעקטיווס נגעעפענט די טיר, און איהר מאַן 
איז געשטאַנען הינטער איהר. זיי זיינען ווירקליך געווען אוים- 
גערענט. אָבער ווער װאָלט אַנדערש נעווען, ווען פּלוצלינג קומט 
פּאַליציי ? 
2) פרענק האָט זיך נענומען אָנטאָן ערשט דאַן, ווען דע- 
טעקטיוו סטאַרנס האָט איהם טעלעפאָנירט אַז זיי קומען צו איהם ; 
און ווען זיי זיינען געקומען איז ער נאָך נאָרניט געווען פארטיג 
מיט'ן אָנטאָן זיך. (עס זיינען געווען עדות, װאָס האָבען דאָס 
באשטעטינט, זיי זיינען געווען דערביי ווען די דעטעקטיווס זיי" 
נען צונעפאָהרען.) סמיסעס פרענק האָט געעפענט די טיר און 
פרענק איז געשטאַנען לעבען איהר אין זיין שלאָפּראָק, 

3) אוף זיין שטילען אופן איז פרענק פון דער נאַטור גע- 
ווען א נערוועזער מענש. די האַנט דורכצופיהרען דורך זיינע 
האָר און צו רייבען די הענט איינע אָן די אנדערע --- דאָס איז ביי 
איהם געווען אַ געוואוינהייט אַזא. אַזױ פלענט ער טאָן ניט דוקא 
וען ער איז געווען אביסע? נערוועז, נאָר אויך ווען ער האָט אָנ- 
געשטרעננט זיין אויפמערקזאמקייט אויף עפּעס, פאַרטיפט זיך 
אין אַן ענין,. יעדער װאָס האָט זיך מיט איהם אָפט געזעהן, איז 
געווען נום באקאנט סמיט דעם. אַז ער זאָל זיך אַזוי האלטען 
צשעת די פּאַליציי איזן צו איהם נעקומען וװענען עפּעס אן אונ- 
געוועהנליכע זאַך, װאָס האָט פּאַסירט אין דער פּענסיל פעק- 
טאָרי, דאָס איז געווען נאַנץ נאַטירליך. יעדערער ואָלט געווען 
נערוועז אין אַזאַ פאַל. 


דו פרענק דראַמא 01 


ליט פרענק'ס ערצעהלונג איזן דער טעלעפאָן נעשפּרעך 
צווישען דעטעקטיוו סטאַרנס'ען און איהם באַשטאַנען אין פאָל- 
נגענדען : 

דעטעקטיוו סטאַרנס: -- דאָס אין פּאַליצײי, מיר 
טעלעפאָנירען צו אייך פון דער נעשאָנעל פּענסי?ל פעקטאָרי, מען 
דאַרף אייך דאָ האָבען,. מיר וועלען גלייך צופאָהרען נאָך אייך, 

פרענק: -- װאָס פאַר אַ טראָבעל אין דאָרטען? אַ 
פייער ? 

ס טארנס: -- ניין, אַ טראנעדיע. 

אלזאָ, ווען די דעטעקטיווס זיינען נאָך פרענק'ען געקומען, 
האָט ער שוין נעוואוסט, אַז עס האָט נעטראָפען עפעס אַן און- 
נליק, פון סטאַרנס'ען נופא האָט ער דאָס געוואוסט, אויף דעם 
זיינען אויך געווען עדות. א חוץ דעם: איב פרענק װאָלט 
געווען דער מערדער, װאָלט ער זיך דוקא נעמאַכט, אַז ער וייס 
ניט ווענען װאָס די פּאַליציי דאַרף איהם. סטאַרנס האָט אָבער 
קיין חשק ניט נעהאַט זיך מודה צו זיין, אַז ער האָט וועגען דעם 
אומגליק אַלֵיין פרענק'ען געזאָגט אוים'ן טעלעפאָן, װואָרים דאָס 
װאָלט געוויזען, װאָס פאַר אַן אונפעהינער דעטעקטיוו ער איז, 

ס9) פרענק האָט געפאָדערט מען זאָל איהם לאָזען אויס- 
טרינקען אַ טאַס קאפע, פּשוט וויי? ער האָט ניט געװאָלט אַװעק- 
געהן פון שטוב אויפ'ן ניכטערען הארצען. איינענטליך האָט דאָס 
מיסעס פרענק נעפאָדערט ביי די דעטעקטיווס, אַז זיי זאָלען איהם 
לאָזען טרינקען קאפע. דאַן האָט פרענק דעם וואונש אויך אוֹיס- 
נעדריקט, 

6) די דעטעקטיווס האָבען צו איהם לאַנג נעקלונגען אוים'ן 
טעלעפאָן און ער האָט ניט געענטפערט בין מיט א דריי-פיר 
שעה שפּעטער ? דאָס איז אמת. דער טעלעפאָן איז ביי די זעליגס 
און די פרענקס נגעווען אין דיינינג רום (עס-צימער) אויפ'ן אונ- 
טערשטען עטאַיש, ווערענד די בעד-רומס (שלאָף-צימערען) האָבען 
זיך נעפונען אויף אַ העכערען עטאַזש; און דער טעלעפאָן האָט 
געקלוננען אין רעכטען מיטען נאַכט, ווען די פאַמיליע האָט גע- 
האַלטען אין איהר טיפסטען שלאָף. האָט מען ניט געהערט. 
פרענק'ען האָט זיך יאָ נגעדוכט, אַז ער הערט עפּעס וייטע, נע" 


02 בלעטער פון מיין לעבען 


היימניספולע קלאַננען, װי מען הערט געוועהנליך דורב'ן שלאָף. 
די קלאנגען זיינען אָבער ניט געווען שטאַרק גענוג איהם אוים- 
צואוועקען. | 

) יא, ווען מען האָט פּלוצלינג ארויפנעװאָרפען אַ שטאַרקע 
עלעקטרישע ליכט אויף דעם מת, און פרענק האָט דערזעהן דעם 
טויטען פּנים, האָט דאָס אויף איהם געמאַכט אַ שרעקליכען 
איינדרוק ער װאָלט אין אַזאַ מאָמענט געקענט בלייבען גע" 
לאסען ? | | 

8) פרײיטאָג האָט פרענק אָפּנערעדט מים זיין שװאָנער מאָר- 
נען צו געהן צו דער בעיױ"באָל נעים. אָבער אויף מאָרגען, 
שבת, איז דער הימעל געווען שטאַרק פאַרכמאַרעט. עס אין גע- 
ווען צווייפעלהאַפט אויב די בעיזיבאָל געים װעט פאָרקומען. 
און אַזױ וי ער האָט געהאָט וויכטינע אױבייט -- צוזאמענצוד 
שטעלען דעם פינאַנץ באַריכט פון דער פּעקטאָרי פאַר אַ געוויסער 
צייט --- האָט ער זיך באַשלאָסען צו בלייבען דעם נאַכמיטאג 
אין דער פעקטאָדי און צו טאָן די דאָזינע ארבייט, וװען דער 
נאַכט-וועכטער ניוט ליע אין געקומען, פיר אַ זיינער, וי פרענק 
האָט איהם געהייסען, אין ער איהם שוין ניט נויטיג געוען. 
ער װאָלט שוין אַליין אַכטונג געגעבען, אַז גנבים זאָלען ניט 
אַריינקומען, דעריבער האָט ער דאָס ליע'ן געזאָגט, אַז ער מעג 
געהן פאַרברענגען א פּאָר שטונדען און ער זאָל קומען צוריק 
זעקס אַ זיינער, וי אימער, 

9) גענטן, וועלכער איז געווען איינער פון פרענק'ס העל- 
פער, האָט פרענק מיט אַ טאָג פריהער ענטזאַגט, זעקס אוהר 
אַווענט יענעם שבת, ווען פרענק האָט פאַרלאָזען די פּעקטאָרי צו 
געהן אהיים, איז גענט אַרױסגעקומען פון אַ סאַלון (שענק), װאָס 
האָט זיך געפונען אַנטקעגען דער פּענסיל פּעקטאָרי. גענט אין 
נעווען אַ הויכער, שטאַרקער יונג און אין דיזען מאָמענט האָט 
ער אויסגעזעהן אביסע? באַזויפען, האָט פרענק דערצעהלט. אלזאָ, 
װוען ער איז איהם אַנטקעגען געקומען און ערקלערט, אַז ער האָט 
פאַרנעסען א פּאָר שיך אין דער פעקטאָרי און יל זיי איצט 
אָפּנעמען, האָט פרענק איהם ניט ערלויבט אַריינצוגעהן, ער האָט 
איהם ניט געװואָלט נגעטרויען די פעקטאָרי. ער האָט מורא געהאט, 


די פרענק דראַמא 8 


אַז ער װעט אָנטאָן עפּעס אַ שאָדען, אויס ראכע און צוליב זיין 
ניטיניכטערען צושטאַנד,. אָבער ענדליך האָט ער איהם ערלויבט 
צו געהן נאָך זיינע שיך, אין דער באַגלייטונג פון ניוט ליע, וועל- 
כער איזן שוין דאַן נגעווען געקומען צוריק, 


0 אלד וי פרענק איז געקומען אַהים, האָט ער טעלע- 
פאָנירט צו ניוט ליע'ן,. ער האָט איהם אָבער ניט נעקענט קרי- 
גען אויפ'ן טעלעפאָן, האָט ער זיבען אַ זיינער צו איהם ווידער 
געקלוננען, און דיזען מאָל האָט דער נאַכט-װועכטער זיך אפּנע- 
רופען,. פרענק האָט דאַן ביי איהם נעפרענט אױיב אַלץ אין 
, אלל רייט", דאָס הייסט, אוב גענט איז אַװעק און ער, ליע, 
האָט אַכטונג געגעבען ער זאָל עפּעס ניט שעדיגען, 


אַז פרענק'ס טעלעפאָנירען צו דעם נאכטװועכטער אין גע- 
ווען אַן אונגעוועהנליכע זאַך האָט פרענק געלייקענט. ער, און 
אַמאָל מיסעס פרענק, פלעגט דאָס טאָן גאַנץ אָפּט. אויף דיזען 
אָרט פלענט ער סאַנטראָלירען די אַרבײט פון אַ נאַכט-וועכטער, 
זעהן אויב ער געפינט זיך ווירקליך אין דער געביידע, און שלאָפט 
נים, נאָר ער גיט אַכטונג, טאָמער מאַכט זיך ערגעץוואו א 
פייער אָדער עס קומט אַרין אַ ננב, אָדער אַזױ א פרעמדער, 
אייניגע פון די מאַשינען זיינען געווען אויף וויכטינע דייטשע 
פּאַטענטען, און פרענס האָט מורא געהאַט, אז אימיצער זאָל זיך 
נים אַרינכאַפּען, זיי פאַנאַנדערנעמען און באַקוקען אום דערנאָך 
זיי נאָכצומאַכען,. ניוט ליע אין געווען אַ נייער אָנגעשטעלטער, 
ערשט אַ פּאֶר װאָכען אין דער פּעקטאָרי; האָט ער אפשר ניט 
געוואוסט, אַז פרענק פלעגט אַזױ טאָן זעהר אָפּט. אָבער מיסעס 
פרענק האָט זיך דערמאַנט, אַז זי האָט שוין אַמאָל געקלונגען 
טאַקע צו ליע'ן, און ער האָט דערנאָך צונעגעבען אז עס איז 
אמת, 


1) דעם לאִיער האָט אָנגעגרייט ניט פרענק, נאָר זינמונד 
מאַנטאַג, דער באַלעבאָס פון דער פּעקטאָרי, ווען מען האָט איהם 
טעלעפאָנירט, אז פרענק'ען האָט מען גענומען צו דער פּאַליציי, 
האָט ער נלייך טעלעפאַנירט צו אַ לאִיער ער זאָל אַריבערקומען. 
אין אַזאַ אנגעלעגענהייט, האָט ער זיך געטראכט, טאָר מען זיך 


204 יי בלעטער פון מיין לעבען 


אויף דעם יושר פון דער פּאַליציי ניט פאַרלאָזען אפילו אויף אַ 
מינוט, . 

2) פרענק האָט אָנגעשטעלט אַ פּינקערטאָן דעטעקטיוו צו 
זוכען דעם מערדער, פּשוט ווייל ער האָט נענלויבט אז דאָס אין 
נויטינ פאר דעם גוטען נאָמען פון דער פעקטאָרי. 

8 אַז די עטליכע האָר זיינען געווען מערי פייגען'ס איז 
גאָרניט באַװיזען געװאָרען. אַז א ספּעציאליסט האָט די האָר 
באַקוקט דורך אַ מיקראָסקאָפּ, האָט די פּאַליציי ניט באַריכטעט 
(אַפילו שפּעטער, ביים טרייעל, אויך ניט). לעבען דער מאַשין, 
וואו בעררעטט האָט די האָר געפונען, האָט געברענט נאַז, און 
מיידלעך פלענען אַהין אַריינקומען אָנברענען זייערע קוירלינג איי- 
ראָנס (צווענגלעך אויף צו קרייזלען די האָר). אַז דאָרטען זאָל מען 
געפינען עטליכע האָר פון אַ מיידעל איז געווען אַ גאַנץ געוועהנליכע 
זאַך, 

װאָס אנבאַטרעפט דעם בלוט-פלעק, װאָס מען האָט געפונען 
לעבען דער דרעסיננ-רום, האָט אַ מיקראָסקאָפּישע אונטערזוכונג 
אין זיי קוים געמונען אַ טייל פון א טראָפּען,. און ביי די מאַ- 
שינען פלענט מען זיך אָפּט איינשניידען אַ פינגער. אז דאָרט 
זאָל רינען בלוט אַ היבש ביסעל, ניט נאָר אַ טייל פון איין טראָ- 
פּען -- דאָס איז דאָרטען נגעווען א נאַנץ אָפטע זאַך. 

דער מיקראָסקאָפּישער סימן פון בלוט, לויט די ערקלערונגען 
פון ספּעציאליסטען, האָט דאָרטען געקענט לינען פון מאָנאַטען. 
די אונטערזוכונג װאָלט ניט נעקענט באַװייזען צי דאָס אין אַ 
פרישער סליאַד, צי אַן אַלטער, 

ביי דער דערמאַנטער מאַשין, אין דעם מעטאַל-צימער, איז 
קיין בלוט ניט געװען; דעם פלעק האָט מען געפונען אַ היבשע 
שטרעקע פון דאָרטען, לעבען דער דרעסינגדרום ; און ווען לעבען 
יענעם צימער און לעבען דער דרעסינג-רום װאָלט מען נע'הרנ'עט 
א מענשען, װואָלט מען דאָרטען געפונען אַ סך מעהר בלוט וי 
א טייל פון איין טראָפּען. 
| באַררעטט האָט געזאַנט אַז פרייטאָג האָט ער די האר אויף 

זיין מאַשין ניט נעזעהן. דאָס חייסט, אז זיי זיינען דאָרטען נע- 
פאַלען שכת. אָבער די דעטעקטיווס האָבען די פעקטאָרי גענוי 


די פרענק דראַמא 12 


אונטערזוכט זונטאָג פאַרטאָנ און עטליכע שטונדען שפּעטער וי- 
דער, און זיי האָבען דאָרטען (אויפ'ן צווייטען פלאָר) אין ערגעץ 
ניט געזעהן ניט קיין האָר און ניט קיין בלוט. דריי דעטעקטיווס, 
איינער נאָך דעם אַנדערען האָבען אזוי באַריכטעט, 

עטליכע פון די װאָס האָבען געאַרבײיט אויף דער פעקטאָרי 
האָבען דערצעהלט, אַז באַררעטט האָט זיך פאַר זיי באַרימט, אַז 
ער וװועט פאָדערען אַ טייל פון דער סומע, וועלכע די שטאָרט- 
רעגירונג און די צייטוננען האָבען פאַרשפּראָכען צו נעבען דעם, 
װאָס װעט ענטדעקען דעם מערדער. 

4) עששטענס, האָט מינאָלא, די קעכין, די פרוי פון דעם 
נענער אַלבערט מעק-נייט, געלייקענט אַז איהר סמאַן איז יענעם 
שבת געווען ביי איהר אין קיך. צווייטענס, איז באַװויזען געװאָרען 
אַז פון דער קיך איז אַבסאָלוט אונמענליך געװוען צו זעהן צי 
פרענק עסט צי ניט,. דריטענס, האָט פרענק דאַן טאַקע יאָ גענע- 
סען זיין לאָנטש,. װאָס אַנבאטרעפט די מעשה, אַז מיסעס פרענק 
האָט איהר מוטער דערצעהלט, אַז איהר מאַן האָט ערמאַרדעט 
אַ מיידע?, און אַז זי האָט עס נעטאָן אין דער אַנוועזענהייט פון 
דער קעכין, קען יעדער זעהן, אַז עס איזן לעכערליך. אַזעלכע 
זאכען דערצעהלט מען ניט, ווען די קעכין איז דאָ דערביי. 

2 אַז דער אינגעל דזשאָרדזש עפּפּס אין א ליגנער, איז 
באַלד דייטליך געװאָרען. ווען מען האָט איהם געפרענט, פון ואַ- 
נען האָט ער געוואוסט אויף דער מינוט וי שפּעט עס איז געווען 
ווען ער איז נעפאָהרען מיט מערי'ן, האָט ער נגעענטפערם, אַז דאָס 
האָט ער געוואוסט קוקענדינ אויף דער זון (כאָטש דאַן איז דער 
הימעל געווען שטאַרק פאַרװאָלקענט), איבער זיין מעשה האָט 
מען דערנאָך נעמאַכט שפּאַס אין שטאָדט. אז מען פלעגט װע- 
לען איינעם רופען ליננער, פלענט מען זאָנען, אַן ער איזן א 
דזשאָרדזש עפּפּס. דער פּאַליציי מיט זייער קייס גענען פרענק'ען 
האָט דאָס אָבער ניט נעשטערט. איז איינער פון איהרע עדוֹת 
אַ כלאָפער? האָט זי גענונ אַנדערע! 

6 עטליכע מענשען האָבען נעשװאָרען און אנדערע באַ- 
ווייזע האָבען באשטעטינט, אַז דאָס, װאָס העלען פוירגוסאָן האָט 
דערצעהלט, אין ניט געשטויגען און נים געפלויגען, א מעשה 


206 בלעטער פון מיין לעבען 


אויסגעטראַכט פון אַ ליננערישער מיידעלע, אוֹם צו שפּילען אַ 
ראָלע אין דער סענסאַציע. 

7) עטליכע פריינט פון מיסעס פרענק האָבען ערקלערט, אַז 
זי האָט יא געװאָלט נעהן צו איהר מאַן אין דער פּאַליציי, אָבער 
אַז זיי האָבען איהר ניט נעלאָזען. די רעפּאָרטערס װאָלטען 
איהר דאָרטען פאָטאָנראַפירט, איהר בילד װאָלט געווען נע- 
דרוקט אין די צייטוננען, האָבען זיי איהר געראַטען אויסצומיי- 
דען די אונאַנגענעמע עפענטליכקייט, 

8) דעם גאַנצען אַװענט (שבת-צוינאַכט נאָך דעם נאָכ- 
מיטאָג ווען עס איז באַנאַנגען געווארען דער מאָרד) זיינען ביי 
די פרענקס געװוען נעסט. עס אין געווען א קאַרדײפּאַרטי (אַ 
קאָמפּאני צו אַ קאָרטען-שפּיל). אין דער צייט ווען פרענק האָט, 
לויט דער , מאַדאַם? פאָרמבי'ס נעשיכטע, צו איהר עטליבע מאָל 
טעלעפאַָנירט --- צווישען האלב נאָך זעקס און צעהן -- זיינען 
אין דעם עס-צימער געווען מענשען. דאָרטען האָט מען גענע- 
סען סאפּער און דאָרטען האָט מען נעשפּילט אין קאָרטען. און 
דער טעלעפאָן נעפינט זיך אין יענעם צימער. דעם נאַנצען אַווענט 
איז פרענק נעווען אין דער חיים מיט זיינע נעסט און דאָס הייסט, 
אַז זיי און מיסעס פרענק װאָלטען געהערט אַלע זיינע , געהיימע" 
נעשפּרעכען --- װוי ער באַשטעלט אַ צימער אין אַן אונאַנשטענ- 
דיגער הויז, אוֹן װי ער זאָנט, אַז עס אין א פראַנע פון לעבען 
און טויט פאַר איהם. דאָס אין לעכערליך נענונ. עס אין אָבער 
נאָך אויך ניט אַלץ, פרענק'ס טעלעפאָן איז געווען פון אַן אַנדער 
טעלעפאָן קאָמפּאַני װי מיסעס פאָרמבי'ס, און ער װאָלט פון זיין 
הויז נאָר צו איהר ניט געקענט רעדען. 

דערנאָך האָט די זעלבע , מאַדאַם" געזאָנט דער פּאָליציי, אַז 
זי זעהט זיך מיט פרענק'ען גנעחיים אין פּריזאָן, און אַז מען 
באָט איהר אָן פילע טויזענדער זי זאָל זיך צוריקציהען פון עדות- 
זאָגען נענען איהם. (דער סאָליסיטאָר דזשענעראל האָט צונע- 
זאָנט איהר צו ברעננען אלס עדות צו פרענק'ס טרייעל?. וען 
עס איז אָבער נעקומען צו דעם טרייעל איז זי ניט געווען. זי אין 
אין נאנצען פארשוואונדען פון אטלאַנטא און די פּאַליצײי האָט 
נעמאַכט אַ שווייג ווענען איהר), 


די פרענק דראַמא 7 


די מעלדונג אַז קאָני קען שרייבען איז אין די אטלאַנטער 
צייטוננען געווען איבערגענעבען אַלס א סענסאַציע, מיט זעהר 
גרויסע בוכשטאַבען אויף אַ נאַנצער פּיידזש. די פּאַליציי האָט 
דערצעהלט וי אַזױ זי האָט זיך דאָס דערוואוסט. זי האָט דאָס 
איבערגענעבען אלס א װאונדערבאַרע שטיקעל דעטעקטיוו אר- 
בייט, װאָס זי האָט אויפנעטאָן,. אַז פרענק האָט דאָס די דעטעק- 
טיווס געזאָגט, דאָס קאָנלי קען שרייבען און זיי אָנגעוויזען, ביי 
וועמען זיי קענען קרינען אַ סעמפּעל פון קאָנלי'ס האַנדשריפט, 
דאָס האָבען זיי פאַרשווינען. 


10 
קאַנלי איז זיך ,,מודה" פינף מאָל, יעדעס מאָל אַנדערש. 


װוען עס איז באקאנט געווארען אז קאָנלי קען שרייבען, 
האַכען די דעטעקטיווס זיך דערשראָקען. וי באַלד ער קען שריי- 
בען, טאָ װוי װעט זיין אַז עס װעט זיך אַרױסצײגען, דאָס די 
האַנדשריפט אויף די , מאָרדיצעטעלעך? איז זיין האַנדשריפט 4 
װאָס װעט דאַן ווערען מיט זייער פרענק-קייס ? װאָס װעט דער 
עולם זאָנען ? 

די דעטעקטיווס האָבען דעם כיטרען נענער גענומען אויף 
א שטרענגען פאַרהער. ער האָט אַלְץ געלייקענט אַז ער קען האַל- 
טען אַ פעדער אין האַנט. ענדליך האָט מען איהם געוויזען די 
קוויטאַנציע, װאָס ער האָט אויפנעשריבען. דאַן האָט ער גע- 
זאָנט : 
| --- ווייסע מענשען! איך בין אַ ליננער! איך קען שריי" 
בען. 

ער האָט אָבער אַלץ נגעשווארען, אז פון דעם מאָרד וייס 
ער ניט װאָס צו זאָנען, אז יענעם שבת איז ער נאָר אויף דער 
פּעקטאָרי ניט געווען עס איז געווען יום-טוב, און מען האָט 
ניט געאַרבײט, האָט ער ניט געהאָט װאָס צו טאָן דאָרטען. 

מען האָט איהם נעהייסען אויפשרייבען עטליכע שוֹרות, 
וועלכע מען האָט איהם דיקטירט פון די צעטעלעך און מען איז 
איבערראַשט געװאָרען; עס אין געװען די זעלבע האַנדשריפט! 


508 : בלעטער פון מיון לעבען 


ער האָט אָבער אַלץ נע'טענה'ט, אַז ער וייס ניט פון װאָס צו 
זאָנען. | 

אין אַ פַּאָר טעג אַרום האָט קאָנלי נעשיקט רופען דעם דע- 
טעקטיוו דזשאהן בלעק. ער האָט געזעהן אַז ער אין אַרײנ- 
געפאלען; אַז אַזױ איבערצולאָזען די קייס אין צו געפערליך 
פאַר איהם, 

--- איך װעל איצט אויסזאָגען דעם נאַנצען אמת -- האָט 
ער ערקלערט. --- איך האָב טאַקע געשריבען איינעם פון די צויי 
צעטעלעך,, איך האָב דאָס אָבער געטאָן, ווייל מר. פרענק האָט 
מיר אַזױי געהייסען. דאָס איז געווען פרייטאָג, אַרום דריי אוהר. 

--- דו מיינסט שבת, -- האָט דער דעטעקטיון איהם אונ- 
טערבראָכען. 

--- ניין, פרייטאָג, --- איז קאָנלי נעבליבען ביי דאָס זייניגע. 
--- פרענק האָט מיר געזאָגט, אַז ער האָט רייכע עלטערען אין 
ברוקלין און אז זיי דאַרפען האָבען א נוטען נעגער צו באַדינען 
זיי, דעריבער יל ער זעהן צי איך קען שרייבען און וועל 
פּאַסען פאַר זיי, װואָרים זיי דאַרפען האָבען א נעגער װאָס קען 
שרייבען. האָט ער מיר געהייסען אויפשרייבען עטליכע שורות 
אויף אַ ווייפען בלעטעל פּאַפּיר,. ער האָט מיר געהייסען שרייבען : 
,א לאַנגער, דאַרער, שװאַרצער נענער האָט דאָס אַליין געטאָן", 
מיסטער פרענק האָט געזאָגט, אַז ער װעט דאָס אַװעקשיקען צו 
זיין מוטער אין ברוקלין, צו ווייזען איהר וי אַזױ איך שרייב. 
דערנאָך האָט מיסטער פרענק גענומען אַ ברוינע בלעטע? פּאַפּיר 
און אויף איהר האָט ער אַליין אויפנעשריבען עטליכע שורות. 

עס הייסט, אַלזאָ, אז פרייטאָנ האָט פרענק קאָנלי'ן דיקטירט 
די צעטעלעך --- כלומר'שט מיט'ן צוועק צו האָבען אַ מוסטעף ‏ 
מוֹן זיין שרייבען; אין אמת'ן אָבער וייל פרענק האָט נע- 
דאַרפט די צעטעלעך האָבען צו אַ טייוועלשען מאָרד --- צו מאַכען 
אַז די פּאַליציי זאָל מיינען אַז דעם מאָרד אין באַנאַנגען אַ לאַנ- 
גער, דאַרער, שװאַרצער נעגער. 

קאָנלי אַליין איז געווען א דיקליכער און ניט קיין הויכער ; 
און ניט קיין שװואַרצער, נאָר אַ ברוינער נענער, האָט פרענק, 
הייסט עס, דיקטירענדיג דעם צעטעלע, איהם אומישנע נעהייסען 


רו פרענק דראַמא / 9 


שרייבען, אַז דער מערדער איז נעווען פּונקט פאַרקערט -- הויך, 
דאַר און זעהר שװואַרץ -- כדי עס זאָל ניט פאַלען קיין חשד אויף 
קאָנלי'ן, אזוי אין געווען פרענק'ס מיין, לויט קאָנלי'ס מעשה. 
און פרענק אַלֵיין האָט (לויט דער זעלבער מעשה) אויפגעשריבען 
דעם צווייטען צעטעלע, 

דער מאָרד איז באַנאַנגען געװאָרען דעם נעקסטען טאָנ, שבת. 
אָבער פרענק, הייסט עס, האָט די צעטעלעך צוגנעגרייט מיט אַ 
טאָג פריהער. פאַרװאָס? וייל ער האָט פרייטאָג שוין געהאַט 
אין זינען, אַז מאָרנען װעט צו איהם קומען די מיידע?, מערי 
פייגען, און ער װעט איחר פאַרנװאלטינען און טויטען. און 
דערצו האָט ער גלייך אַריינגענומען אַלס עדות 8 נענער, װועמעס 
אַרבײט עס איז געוען צו פארקערען די פלאָרס אין דער פעק- 
טאָרי {.. 

אַז ער אין יענעם שבת נעוװוען אין דער פעקטאָרי, האָט 
קאָנלי ווידער געלייקענט. 

באַמערקט: די צויי צעטעלעך, װאָס מען האָט געפונען 
לעבען דעם טויטען קערפּער, זיינען געווען געשריבען מיט דער 
זע ?ב ע ר האנדשריפט. דאָך האָט קאָנלִי געזאָנט, אַז ער האָט 
געשדיבען נאָר איין צעטעלע און פרענק דעם צווייטען. אז צויי 
מענשען --- איבערהויפּט נאָך איינער אַזאַ װי קאָנלי און דער 
צווייטער אַזאַ װי פרענק --- שרייבען ניט אויפ'ן זעלבען שטיינער, 
דאָס איז איהם אין זיין אונוויסענד-כיטרען זינען ניט אַרויפנע- 
קומען. אַז יעדער מענש האָט זיין באַזונדערע האנדשריפט, פּונקט 
װוי ער האָט זיין באַזונדערען אֶנבליק, פון אַזאַ זאַך האָט זיין 
אונענטוויקעלטער מוח קיין מאָל ניט געטראַכט, 

מיט עטליכע טעג שפּעטער האָט קאָנלי גערופען צו זיך די 
דעטעקטיווס און זיי געזאָגט, אַז ער יל מאכען אַ דריטען גע- 
שװאָרענעם סטייטמענטי?) און אַז איצט וװועט ער פּאָזיטיוו אויס- 
זאָגען דעם נאַנצען אמת,. אין דעם דאָזיגען דריטען סטייטמענט 





*) אַ באַהויפּטונג, אַן ערקלערונג, א מומטוילונג; אַ פאָרמעלער 
ענטפער אויף אַ פּראַגע; אלץ װאָס אוינער זאָגט, דערצעהלט אָדער 
ערקלעהרט, צו עס ענטהאַלט אַ פֿאַקט, צו אן אָפּלווקענונג, צי א פֿאַר- 
זיכערונג, צו אַ וואונש, א מוונונג, א געדאנק, א געפוחל, א. ז. װ. 


400 בלעטער פון מיין לעבען 


האָט ער צונעגעבען, אַז די צעטעלעך זיינען געשריבען געווארען 
ניט פרייטאָג, נאָר שבת. דאָס איבריגע האָט ער אָבער איבערגע- 
לאָזען װוי אין זיין צווייטען סטייטמענט. די דעטעקטיווס האָבען 
איהם אָבער ניט געלאָזען צורוה. זיי זיינען צו איהם צוגעשטאַנען 
ער זאָל אויסזאָגען דעם ריינעם אמת. 

אַז זיין ערשטער, צווייטער און דריטער סטייטמענט זיינען אַ 
לעכערליכער אונזין -- דאָס איז געווען צו דייטליך,. האָבען זי 
געװאָלט פון איהם אַרויסקריגען א פערטען סטייטמענט, אַזאַ װאָס 
זאָל זיך כאָטש אַביסעל לייגען אויפ'ן שכל. זיי האָבען דער- 
נאָך אליין דערצעהלט, אַז זיי האָבען איהם געגעבען די , טהוירד 
דיגרי" (דאָס חייסט געמוטשעט, ניט געגעבען עסען, ניט געגעבען 
קיין װאַסער צו טרינקען, ניט געלאָזען שלאָפען, און אפשר גע- 
שלאָגן), ביז ער האָט שוין קיין כח ניט געהאַט אויסצוהאַלטען און 
ער האָט זיך פאָלשטענדיג מודה געווען פאַר זיי, אזוי האָבען זיי 
באריכטעט דעם פאָליסיטאָר דזשענעראַל, און שפּעטער אין קאורט 
(געריכט). 

קורץ, דזשים קאָנלי האָט געמאַכט א נייעם סטייטמענט. 
דיזען מאָל, האָט ער פאַרזיכערט, זאָגט ער שוין דעם אַבפאָלן- 
טען אמת. ער האָט זיך פאַר זיי געשװאָרען מיט טויטע שבועות 
ווענען דעם, 

אין דעם דאָזיגען סטייטמענט נומער 4, האָט קאָנלי דער- 
צעהלט, אַז פרענק האָט טאַקע מיט איהם נערעדט פּרייטאָג, אָבער 
אַן דאַן האָט ער איהם געזאָנט ניט מעהר וי אַ פֹּאָר װוערטער. 
ער האָט איהם נעמליך געהייסען קומען מאָרגען, כאָטש עס וועט 
זיין א יום-טוב, װאָרים ער דאַרף זיך מיט איהם דורכשמועסען 
ווענען אַ געוויסען ענין,. מאָרנען, שבת, ווען קאָנלי איז נעקומען, 
האָט פרענק איהם נעהייסען װאַרטען אויפ'ן אונטערשטען עטאזש, 
דאָ וואו מען קומט אַרין פון גאַס, ‏ עס װעט קומען מערי פייגען, 
זאָל זי אַרויפקומען צו איהם, צו פרענק'ען אין אֶפיס, וועלכער 
איז געווען אויבען, איין טרעפּ ארויפצונעהן, און ער, קאָנלי, 
זאָל וארטען אונטען. אַזױ האָט קאָנלי געטאָן מערי איז גע- 
קומען. קאָנלי האָט געטאָן װוי דער סופּעראינטענדענט האָט איהם 
געהייסען. דערנאָך, ווען קאָנלי איז אַרויפגעקומען צו פרענק'ען 


דו פרענק דראַמא 101 


אין אָפיס, האָט ער געפונען אַז ער האָט די מיידעל ערמאָרדעט, 
פרענק האָט איהם נעבעטען ער זאָל דעם קערפּער אַרונטערטראָגען 
אין בייסמענט, 

קאָנלי האָט עס דערצעהלט מיט אַ סך איינצעלהייטען, װעל- 
כע מיר היפען פאָרלויפיג איבער. ואָרים שפּעטער האָט ער דאָס 
איבערגעזאַנט מיט נייע איינצעלהייטען און מיט נייע ענדערונ- 
גען (דאָס אין געווען זיין סטייטמענט נומער פינף, מיט אַ 
פינפטען נוסח). 

צו דעם ועפען מיר קומען שפּעטער אַביסע?ל. דאן ועלען 
מיר דאָס איבערנעבען אין גאנצען, װאָרים דעם דאָזינען פינפטען 
סטייטמענט האָט קאָנלֵי נעמאכט אין קאורט (געריכט), אָפיציעל 
אַלס עדות אויפ'ן טרייע? גענען פרענק'ען. 

ווען קאָנלי האָט פאַר די דעטעקטיווס געמאַכט זיין סטייט- 
מענט נומער פיר, האָט ער דערביי באַמערקט; 

, דאָס אַלץ האָב איך פריהער אייך ניט געװאָלט אויסזאָגען, 
איך האָב ניט געװאָלט אַז מר, פרענק זאָל אַרײנפאַלען, װאָרים ער 
האָט מיר צונעזאָנט, אַז אויב מען װועט מיך אַרעסטירען פאר די" 
זער געשיכטע, װעט ער מיך שוין אַרויסנעמען", | 

אז דאָס איז אויך געווען אַ לינען איז איבערינ צןו זאָנען, 
וװואָרים ער האָט די שולד אַרױפנעװאָרפען אויף פרענק'ען נלייך וי 
ער איז נגעצוואוננען געווען זיך מודה צו זיין אַז ער קען שרייבען. 


11 


מען באהאַלט פון דער נרענד דזשורי אַז קאַנלי האָט געשרי- 
בען די צעטעלעך און זי ניט אַרױס אַן אינדייטמענט געגען 
פרענק'ען. -- א ווייסע פרוי האָט יענעם שבת ביײיטאָג גע- 
זעהן א פאַרבאָרגענעם נענער אין דער פּענסיל פּעקטאָרי. 


אַז קאָנלי קען שרייבען און אַז ער האָט נעשריבען איינע פון 
די , מאָרד צעטעלעך", האָט ער זיך מודה געווען דריי װאָכען נאָך 
דעם מאָרד,. אין דיזע דריי װאָכען האָבען די דעטעקטיווס און 
דער סאָליסיטאָר-דזשענעראל נעהאלטען אין פאַרזיכערען דעם 
עולם, אַז זיי האָבען אַ פאָלשטענדינע קייט פון באַװוייזע, אַז 
פרענק איז דער מערדער. די גאַנצע צייט האָבען זיי וועגען דעם 


209 | בלעטער פון מוון לעבען 


געפּויקט אין דער פּרעפע און געהאַלטען אין קאָכען די בלוט 
ביי דעם מאַב גענען איהם, פּלוצליננ זאָנען אַז זיי האָבען נע- 
האט אַ טעות, און אָנהוֹיבען אַן אויפריכטיגע נייע אונטערוזו" 
כונג וועגען קאַנלי'ס שייכות צו דעם מאָרד --- דאָס װאָלט הייסען 
זיך ערקלערען באַנקראָט, דאָס װאָלט אַרויסגערופען שפּאָט און 
צאָרן אין דעם עולם אין וועלכען זיי האָבען מיט אַזױ פיל מיה 
אַריינגעאַרבײט אן איבערציינוננ, אז פרענק איז דער שולדינער. 

אַז זיינע הענט האָבען נעשריבען איינעם פון די צוויי צע- 
טעלעך האָט דזשים קאָנלי זיך מודה געווען זיבען אוהר אין דער 
פריה, מאַי דעם 16טען. די גרענד דזשורי") אין זיך צוזאמענ- 
נעקומען עטליכע שטונדען שפּעטער. עס אין נעװען די פליכט 
פון דעם סאַליסיטאָר-דזשענערא? --- היו מ. דאָרסי האָט ער נע- 
הייסען --- איחר מיטצוטיילען דיזען העכסט וויכטינען פאקט און 
איהר צו ערקלערען, אַז ארויסצונעבען אַן אינדאיטמענט גענען 
פרענק'ען דאַרף מען אונטער די נייע אומשטענדען זיך ניט אוו- 
לען; אַז מען דאַרף גרינדליך אונטערזוכען די צעטעלעך און די 
אומשטענדען אונטער וועלכע קאָנלי האָט זיי געשריבען. ווען ער 
טוט אַזױי, װאָלט דער צאָרן פון די מאַסען אָפּנעקערט געווארען 
פון פרענק'ען אויף קאָנלי'ן, יעדענפאלס, װאָלט דער עולם דאן 
געווען געגרייט נאָכצופאָלנען דער אונטערזובונג מיט אַ וואונש 
צו דערגעהן דעם אמת. 

דאָרסי האָט אָבער אַזױ ניט נעטאָן, ער האָט דעם נייעם 
פאַקט פון דער גרענד דזשורי פאַרבאָרנען, און זי האָט דעם אינ- 
דאַיטמענט נענען פרענק'ען אַרױיסנענעבען. דורך דעם איז דער 
אַנטײפרענק געפיה? פון דעם מאַב פארפילפאַכט געװאָרען. מען 
האָט געפאָדערט פרענק'ס בלוט. 

אנשטאָט די צעטעלעך ריכטינ צו באַטראַכטען און קאָנלי'ס 
באַוועגונגען אין דעם טאָנ פון דעם מאָרד נענוי אױיסצופאָרשען, 
איז די פּאָליציי און דער סאָליסיטאר דזשענעראל לכתחילה געווען 





*) 94 געשװאָרענע, וועלכע באַטהאכטען, צי מען קען אָנפּאנ- 
גען א פּראָצעס גענען אַן אָנגעקלאָגטען. אויב וא, גיבען זיי ארויס 
אַן , אינדאַיטמענט? (באַשולדיגונגסיאַקט) און די קוום געהט און 
געריבם. 


דו פרענק דראַמא 4059 


גענייגט צו גלויבען יעדען תירוץ, װאָס ער האָט זיי גענעבען. 
אָנשטאָט צו זיין זיינע באַשולדינער, האָבען זיי נעאַרבייט אלס 
זיינע טרייע פאַרטיידינער, קאָנלי'ס אינטערעסען זיינען געװען 
זייערע אינטערעסען. 


מאַטערענדינ איהם מיט זייערע פראַנען, האָבען זיי איהם 
איינענטליך געלערענט וי צו , פיקסען" זיינע לעכערליכע סטייט- 
מענטס. עס האָט נגעהייסען אַז זיי ערקלערען איהם וי אוננלויב- 
ליך עס איז די מעשה, װאָס ער דערצעהלט, און זיי ווייזען איהם 
וואו עס שטעקט ביי איהם א קינען, און זיי פאָדערען 
פון איהם ער זאָל זאָגען דעם אמת. אָבער צו דער זעלבער 
צייט האָט דאָס נעהאט גאָר אַן אַנדער טעם: צי וילענדיג, צי 
ניט-ווילענדיג, צי זיי האָבען דאָס נעטאָן אומישנע, צי האלב- 
אומישנע, צי דורכאויס אומנערן און דורך זייער פּראָװינציעלע 
נאַרישקײיט --- אַבי זיי האָבען איהם נע ?ער ענט ואָס צו 
זאָגען,. זיי האָבען איהם ארויפנעפיהרט אויף א װענ; גענעבען 
איהם אָנצוהערענישען וי אַזױי צו ענדערען זיינע ליגענס אַזוֹי, 
אז עס זאָל מענליך זיין זיי אָנצונעמען פאַר אן אמת, 


קאָנלי האָט געלייענט די צייטוננען, און די צייטוננען זיי- 
נען געווען פול מיט מעשות וענען פרענק'ס אונאנשטענדינע 
אויפפיהרונגען ; אויך האָבען די צייטוננען נגעדרוקט אנצוהערע- 
נישען און דייטליכע סטייטמענטס פון דער פּאֶלִיצֵיי גענען 
פרענק'ען. דאָס אַלץ האָט דעם כיטרען קאָנלי געדינט אַלס מאַ- 
טעריאַל. דאָס האָט איהם נגעוויזען, װאָס דער פאָליסיטאָר-דזשע- 
נעראל דארף האָבען, און אויף דיזען נרונט, מיט דער הילף פון 
די לעסאָנס װאָס די דעטעקטיווס האָבען איהם גענעבען, האָט 
קאָנלי נעביטען זיינע סטייטמענטס אום זיך צו ראַטעװען. 


ער האָט באַלד דערשמעקט, אַז די פּאַליצײי ווי? ער זאָל 
זיך ראַטעװען, אַז פאַר איהר איז וויכטינ אַז פרענק זאָל געהן 
צו דער תליה, און ער איז געווען א גנוטער תלמיד. 

די נאַאיווע פּראָווינציעלע דעטעקטיווס האָבען דאָס אַלין 
דערצעהלט, ווען זיי זיינען נעווען עדות ביי פרענק'ס טרייעל, 

,מיר האָבען איהם ערקלערט, אַז אַזאַ אנטװאָרט װעט ניט 


404 בלעטער פון מיין לעבען 


טויגען, אז ער װעט מוזען דערצעהלען אַ בעסערע געשיבטע" -- 
האָט אַ דעטעקטיוו מיט'ן נאָמען סקאָט עדות געזאָגט, 

און דעם נעקסטען מאָל האָט קאָנלי שוין פאַרסטשאָבעט די 
לעכער װאָס זיי האָבען איהם אָנגעוויזען אין זיין ערצעהלוננ, 
און עס אין אַרוסגעקומען א ,בעסערע געשיכטע", דאָס הייסט 
אַזא, װאָס האָט די דעטעקטיווס מעחר צופרידעננעשטעלט. 

קאָנלי האָט זיך אַלץ געהאַלטען ביי דאָס זייניגע, אַז די צע- 
טעלעך זיינען געשריבען געװאָרען פרייטאָג, מיט אַ טאָג פריהער 
זוי דער מאָרד איז נעשעהן. עס איז געווען דייטליך אַז ער טוט 
דאָס, ווייל ער וויל זיך אָפּצאַמען פון יעדען אנטייל אין דעם 
מאָרד, ‏ דער סאָרד איז באַנאַנגען געווארען שבת, און ער אין 
נאָר דערביי ניט געווען. 

,מיר האָבען איהם גענעבען צו פאַרשטעהן, אַז עס אין לע- 
כערליך צוֹ גלויבען, דאָס פרענק האָט שוין פרייטאָג געהאט אין 
זינען, אַז מאָרגען װעט ער די מיידעל ערמאָרדען" --- האָט סקאַט 
שפּעטער דערצעהלט ביים טרייעל, 

ענדליך האָט קאָנלי איבערגעביטען די געשיכטע און געמאַכט 
זיין דריטען געשװאָרענעם סטייטמענט, אין וועלכען ער האָט דער- 
צעהלט, אַז די צעטעלעך זיינען געשריבען געװאָרען שבת, נאָכ'ן 
מאָרד, 

אָבער דערצו האָט ער דאָך שוין אויך געמוזט זיך מודח זיין, . 
אַז ער איז יענעם שבת אין דער פעקטאָרי יאָ געווען. און ראָס 
האָט ער אויך געטאָן ערשט דאַן, ווען ער איז געצוואונגען געווען 
דערצו. דערביי האָט אַ וויכטינע ראָלע געשפּילט אַ ווייסע פרוי, 
מיט'ן נאָמען ווהייט, 

דער מאַן פון דיזער פרוי האָט געאַרבייט אויפ'ן פערטען 
פַּלאָר פון דער פעקטאָרי, ער און נאָך אַ מאַן האָבען דארטען 
עפּעס פאַרריכט, איבערגעבויט. זיי האָבען דעם יום-טוב ניט גע- 
האלטען און יענעם שבת האָבען זיי געארבייט וי אלע טאָנ. 
אלזא, האָט מיסעס ווהייט איהר מאַן דאַן באזוכט ביי זיין אר- 
בייט. דאָס איז געווען נאָך צוועלף א זייגער. מיט א פּאֶר טענ 
שפּעטער, ווען זי האָט געהערט ועגען דעם מאָרד, האָט זי דער- 
צעחלט, אַז שבת בייטאָג, בשעת זי אין געקומען אין דער פעק- 


די פרענק דראַמא 205 


טאָרי און איז גענאַנגען פון דעם אַרײננאַנג צו די טרעפ צו, אין 
לעבען דעם עלעװייטאָר, הינטער באקסעס (קעסטלעך) געזעסען אַ 
נעגער. דאָס װאָס ער האָט זיך פאַרשטעלט מיט די קעסטלעך, 
האָט איצט אין איהר אַרויסנערופען אַ חשד, אז ער אין אפשר 
געווען פאַרבונדען מיט דעם פאַרברעכען. וער דער דאָזיגער 
נעגער אין געווען, האָט זי אָבער ניט געוואוסט. מען האָט איהר 
גענומען אין פּריזאָן זי זאָל באַקוקען די שווארצע װאָס זיינען 
דאָרטען געזעסען, אפשר ועט זי איהם דערקענען,. זי האָט איהם 
אָבער ניט דערקענט, װאָרים יענעם שבת האָט זי זיין פּנים גוט 
ניט געקענט באמערקען. ער האָט זיך פארשטעלט מיט די 
באַקסעס, און אין יענעם ווינקעל ביי די טרעפּ אין איבערהויפּט 
. געווען טונקעל, 

,ווען ער האָט איהר דערזעהן אין פּריזאָן איז ער געווארען 
אַזױ צושראַקען, אַז ער האָט אָנגעהויבען צו בייסען די ליפּען, 
און נערוועז צו קנעטען דעם סינאַרעט, װאָס ער האָט געהאַלטען 
אין האַנט. אויף איין סעקונדע איז ער ניט אייננגעשטאַנען אויף 
אן אָרט", -- אַזױ האָט דערנאָך עדות געזאָנט איינער פון די 
פּריזאָן/וועכטער, וועלכער איז געווען דערביי. 

דעם זעלבען טאָנ ווען מען האָט מיסעס ווהייט געבראכט בא- 
קוקען די נענערס אין פּריזאָן, האָט קאָנלי זיך מודה געווען, אַז 
ער אין יענעם שבת נעווען אין דער פעקטאָרי, 

א מיידעל, װאָס האָט געארבייט אין דער פּענסי? פעקטאָרי, 
האָט דערצעהלט דאָס פאָלנענדע: איין מאָל, איידער מען האָט 
קאָנלי'ן אַרעסטירט, האָט זי אין קאָנלי'ס אנוועזענהייט פאר אַנ- 
דערע פרויען נעמאַכט א באמערקונג, אז אויב די פּאַליצֵיי וועט 
נעפינען דעם מערדער, װועט זיך געוויס ארויסציינען, אז דאָס אין 
דער נעגער, וועמען מיפעס ווחייט האָט געזעהן הינטער די באק- 
פעס, קאֲנלַי האָט דאַן געהאַלטען אין פאַרקערען דעם פלאָר, ווען 
ער האָט דערהערט איהרע וערטער, אין ביי איהם אַרויסנע- 
פאלען דער בעזים פוֹן די הענט, און ער אין אַרויס פון צימער. 
ווען מען האָט איחם אַרעסטירט האָט זי זיך דערמאָנט די סצענע, 

אַז קאָנלי האָט נגעשריבען נאָר איינעם פון די מאָרד-צעטע- 
לעך, און פרענק דעם צווייטען -- ביי דעם האָט זיך קאֶנלי נע- 


406 בלעמער פון מיין לעבען 


האלטען אין אַלֶע פיר סטייטמענטס װאָס ער האָט געמאַכט פאר'ן 
טרייע?ל, די דעטעקטיווס האָבען איהם אָבער אָנגעוויזען, אז 
דאָס וװועט קיינער ניט נלויבען, װאָרים די האַנדשריפט אין דאָך 
רי זעלבע. ערשט דערנאָך, אין דעם סטייטמענט, װאָס ער האָט 
נעמאַכט ניים טרייעל, אלס עדות, האָט ער ענדליך געזאָגט, אַז 
ער האָט געשריבען ביידע צעטעלעך,. ער האָט אָבער גע'טענה'ט 
אַז פרענק הינט זיי איהם דיקטירט, 

ווען די צייטוננען האָבען מיט די גרעסטע בוכשטאַבען , נע- 
פיטשורט" די סענסאַציע, דאָס די פּאַליציי האָט ענטדעקט אַז 
קאָנלי קען שויייכען, האָט דאָס נאַטירליך געמאַכט דעם איינדרוק 
אַלס אַן ענטרעקונג צו גונסטען פון פרענק'ען -- אַז 
דער שולדינער איז גאָר ניט ער, נאָר קאָנלי. די פּאָליצײ אָבער 
האָט דיזע ענטדעקונג ועברויכט אַלס אַ סענסאַציאַנעלען באַ- 
ווייז נעגען פרענק'ען -- אַז פרענק האָט די צעטעלעך 
דיקטירט קאַנלי'ן אום צו פאַרבאָרגען דעם מאָרד, װאָס ער, פרענק, 
איז באַנאַנגען,. די איבערציינונג אַז דער מערדער איז פרענק איז, 
אַ דאַנק דער פּאָליציי, שוין געווען אַזױ טיף איינגעװאָרצעלט אַז 
פון אַ נייעם שולדינען האָט די פּאָליציי שוין ניט נעװאַגט צו ריידען. 
פרענק האָט געמוזט זיין דער קרבן און די שטארקסטע באַווייזע 
פון זיין אונשולד האָבען נעמוזט דינען אַלס די שטארקסטע באַ- 
ווייזע פון זיין שולד, עס קען אפשר קלינגען צו שטוינענד, צו 
אוננאַטירליך, דער לעזער װעט זיך אָבער באַלד איבערציינען, 
פּונקט וי איך האָב זיך איבערציינט, אַז אַזױ איז דאָס טאקע 
געווען, אבסאָלוט אַזױ. 

די דעטעקטיווס האָבען קאָנלי"'ן ניט געלערענט ד ירע קט 
צו דערצעהלען אַ ליננערישע מעשה, אַז פרענק האָט איהם די 
מאָרד-צעטעלעך דיקטירט. אינדירעקט אָבער האָבען זיי איהם 
אויף דיזער מעשה אַרויפגעפיהרט. אינדירעקט האָבען זיי איהם 
געלערענט, װאָס ער זאָל ניט זאָנען, און פון דעם האָט ער שוין 
פאַרשטאַנען, װאָס ער זאָל יאָ זאָנען. זיי האָבען איהם אָנגע- 
וויזען ואוו ער װידערשפּרעכט זיך, און ער האָט פאַרשטאַנען, 
װוי אזוי דאָס צו פאַרריכטען. 

די פיר פארשירענע סטייטמענטס װאָס קאָנלי האָט נעמאַכט 


דו פרענק דראמא 407 


איידער ער איז נגעקומען צום טרייעל? אַלס עדות זיינען געווען פיר 
לעסאָנס (לעקציעס), װאָס די דעטעקטיווס האָבען איהם גענעבען. 
ביים טרייעל אין ער שוין געװוען , אויסנעשטודירט". דאָרטען 
האָט ער דערצעחלט , די נאַנצע נעשיכטע פון דעם מאָרד", לויט 
די ערקלערונגען וואס די דעטעקטיווס האָבען אין איהם אריינגע- 
קנעלט. 

און טאָמער וװועט זיך אימיצען דוכטען אַז איך פיה? אזוֹי, 
ווייל איך בין אַ איד, האָבען קריסטען, וועלכע האָבען די קייס 
גענוי דורכגעשטודירט, וועגען איהר געפיהלט פּונקט אַזױ וי איך, 

דערוויילע װועט זיין גענוג צו דערמאָנען א באַרימטען אַמע- 
ריקאַנער זשורנאַליסט, פּ, ס. קאָננאָלי, וועלכער האָט אין 1914 
פאַרבראַכט דריי װואָכען אין אַטלאַנטא שטודירענדיג די פרענק נע- 
שיכטע אוֹן וועלכער האָט ווענען דעם ענין דערנאָך געהאט צווי 
לאנגע אַרטיקלען אין , קאָליער'ס וויקלי?, (דעם 19טען און 26טען 
דעצעמבער, 1914). ער איז געווען טיף איבערצייגט אין פרענק'ס 
אונשולד, פּונקט וי אֶהן אַ צאָה? אַנדערע קריסטען זיינען אין 
דעם געווען איבערציינט. ער האָט װענען דער קייס געשריבען 
מיט בלוט און גאַל אַנשטאָט טינט, קען מען זאָנען. און ‏ קאַ- 
ליער'ס וויקלי? --- איינער פון די צוויי פאַרשפּרייטסטע און איינ- 
פלוסרייכסטע וועכענטליכע זשורנאַלען אין אַמעריקא, האָט זיינע 
אַרטיקלען נעדרוקט טראָץ דעם, װאָס זיי האָבען איהם מסתמא 
געקאָסט אַ סך פירקוליישאָן אין דער סאוטה.*) 

אונטער פרענק'ס בילד אין , קאָליער'ס וויקלי", דעם 19טען 
דעצעמבער, 1914, וואו עס איז געדרוקט געווען דער ערשטער 
פוֹן קאָננאָלי'ס צוויי אַרטיקלען, איז געשטאַנען : 

ליאָ פרענק, וועלכער איז פאראורטיילט צום טויט,,. יעדער 
אױספאָרשער און צייטונגס-מאַן, וואס איז געשיקט נעװאָרען קיין 
אטלאנטא אונטערזוכען די סייס, האָט --- װוי ווייט איך ווייס -- 
ערקלעהרט זיין גלויבען אין פרענק'ס אונשולד און דריי דעטעק- 


*) קאָננאָללי האָט זיינע אַרטיקלען דערנאַך אַבגעדרוקט אין אַ בו- 
בעל, אַ גלענצענדעס ווערק, דאָס בעסטע וואס אוז פאַראַן וועגען דער 
קייס אין דער ענגלישער שמראך. 


1208 בלעטער פון מיין לעבען 


טיווס, װאָס האָבען געארבייט אויף דער קייס, האָבען רעזיגנירט, 
וויי? זייער געוויסען האָט זיי ניט ערלויבט צן פארפאָלנען 


פרענק'ען", 
19 
קאָנלי דערצעהלט אין קאורט וי אַזױ דער מאָרד איז 
פאָרגעקומען. 


פרענק'ס טדייע? האָט זיך אָנגעפאנגען דעם 26טען יֹלי, 
93, דער הויפּט עדות גענען איהם איזן געװען קאָנלי. ער 
איז אייגענטליך געווען די נאַנצע קייס פאר דער אָנקלאַגע. ער 
האָט פרענק'ען דירעקט אַרױיסגעשטעלט אלס דעם מערדער פון 
מערי פייגען, און זיך אַלס אַן עדות, וואס איז געווען כמעט 
דערביי, אָבער דאָך ניט דערביי, בשעת דער פאַרברעכען אין 
באַנאַנגען געווארען. די וויבטיגסטע פּונקטען אין זיין געשיכטע 
-- ריכטינער געזאָגט, דער פינפטער נוסח פון זיין געשיכטע, 
איז באַשטאַנען אין פאָלגענדען: 

פרענק האָט אין דער פעקטאָרי געפיחרט הולטאיסקע הו" 
ליאַנקעס און ער, קאָנלי, איז געווען זיין פאַרטרויטער מענש אין 
זיי, ‏ שבת בייטאָנ פלענען צו איהם אין אֶפיס, אויפ'ן צוייטען 
פּלאָר, קומען אויסגעלאַסענע פרויען. ווען דאָס פלעגט פאָרקומען, 
פלענט קאָנלי זיצען אונטען אויפ'ן ערשטען פּלאָר*) און װאַטשען 
(אַכטונג געבען) אַז קיינער זאָל נים אַרינקומען אין 
דער פעקטאָרי, צו דיזען צוועק האָט פרענק מיט איהם געהאַט 
אָפּנעמאַכט, אַז זיי זאָלען געברויכען צוויי פאַרשידענע סיננאַלען : 
ווען פרענק װועט אויבען אַ טופּע טאָן מיט'ן פוס, זאָל קאָנלי 
אונטען פאַרשליסען די נאָס טיר, און ווען ער װועט אַ פייף טאָן, 
זאָל קאָנלי די טיר צוריק עפענען. 

אַלס אַנטװאָרט אויף אַ פראַנע, װאָס מ'האָט איהם געשטעלט 


*) מען מיינט דאָ דעם אונטערשטען עמאַזש, וועלכער איז ענטװוע- 
דער גלייך מיט דער גאַס, אדער אביסעל העכער, אויף עטלוכע טרעם- 
לעך ארויפצונעהן. אין ניו יארק רופט מען דאָס געוועהנליך ,גראונד 
פלאָר" (גרונט עטאַזש) און דאָס װאָס דאָ ווערט באַצווכענט אלס , צוווו- 
טער פּלאָר" רופט מען און נון יארקער אידיש ,ערשטער פלאָר". 


די פרענק דראַמא 209 


בשעת ער האָט דאָס דערצעהלט זיצענדינ אויפ'ן עדות-שטוהפ, 
האָט קאָנלי דערמאָנט עטליכע פאַלען, שבתים נאָך מיטאג, ווען 
פרענק האָט אין זיין אֶפִיס פאַרבראַכט מיט פרויען. אַ געוויסע 
סצענע האָט ער געשילדערט מיט באזונדערסאונאַנשטענדיגע 
איינצעלהייטען. דאָס אין געווען אַ סצענע פון אַ קרענקליך- 
הולטאַישען כאַראַקטער, פון אַזאַ סאָרט, אין וועלכען עס באַטײ- 
ליגען זיך בלויז הולטאַיעס פוֹן אַ ספּעציעלען אוננאַטירליכען טים, 
און ער האָט געזאָנט, אז אין דער זעלבער ראָלע האָט ער פרענק'ען 
| געזעהן עטליכע מאָל (אַזוי ווייט האָט ער זיך פאַרטרױיט פאַר 
איהם !). 

פרייטאָג, דעם ס2טען אַפּריל, 1918, האָט פרענק איהם נע" 
הייסען מאָרגען קומען אין פעקטאָרי. אמת, עס ועט זיין א יום- 
טוב. ער דאַרף איהם אָבער האָבען. שבת אין דער פריה האָט 
פרענק זיך מיט איהם געטראפען אויפ'ן נאַס, אויפ'ן קאָרנער פון 
נעלסאָן און פאָרסייטה סטריט, ניט ווייט פון דער פעקטאָרי. זיי 
האָבען דאָרטען געשמועסט, שפּעטער, פאַר צוועלף אוהר, האָט 
זיך קאָנלי געזעצט אוֹיף זיין געוועהנליכען פּלאַץ, אויף דעם 
ערשטען פלאָר פון דער פּעקטאָרי, אין א טונקעלען ווינקעל לע- 
בען דעם עלעװװייטאָר. פרענק האָט איהם געהייסען זיצען הינ- 
טער באַקסעס. וװאָרים ער, פרענק, האָט ניט געװאָלט אַז דאַרלי, 
זיין אסיסטענט, זאָל זעהן קאָנלי'ן און פרענען קשיות, צוֹ װאָס 
מען דאַרף איהם אין אַזאַ טאָנ, אַזױ אין ער געזעסען און 
באַמערקט עטליכע מיידלעך, ואָס זיינען נגעקומען נאָך זייערע 
ענװעלאָפּס (קאַנװערטען מיט שכירות),. באַלד איז אַרויפגעקומען 
מערי פייגען, און אייניגע מינוטען נאָך איהר --- א מיידעל מיט'ן 
נאָמען מאָנטין סטאָואווער. מיסס סטאָואווער אין באַלד אַרונ- 
טערגעקומען צוריק. מיסס פיינען אָבער אין געבליבן אויבען. 
קאָנלי האָט אויבען געהערט טריט. עס האָט זיך געהערט ווי צװיי 
מענשען געהען פוֹן פרענק'ס אֶפיס צו דעם מעטאַל צימער צוֹ, 
וועלכער האָט זיך געפונען ביי 180 אָדער 170 פוס פון פרענס'ס 
אָפיס, אימיצער האָט דאָרטען אַ געשריי געטאָן, וי פון וועה- 
טאָג. דערנאָך האָט קאָנלי געהערט װי אימיצער לויפט אויף 
דִי , ציפּקעס?. דאַן האָט קאָנלי איינגעדרעמעלט. נאָך עטליכע 


210 בלעטער פון מוון לעבען 


מינוטען זיינען פאָריבער, פרענק האָט אויבען אַ טופּע געטאָן 
מיט'ן פוס, און קאָנלי אין צונענאַננען צו דער נאַס-יטיר און 
איהר פאַרשלאָסען, דערנאָך האָט פרענק אויבען אַ פייף גע- 
טאָן און קאָנלי האָט די טיר אָפּנעשלאָסען און אין אַרויפגע- 
גאַנגען צו פרענק'ען. 

פרענק איז געשטאַנען און נעציטערט: א צאָן אָן א צאָן 
האָט ביי איהם געקלאַפּט. אין די הענט האָט ער געהאַלטען אַ 
לאַננע שטריק, 

פרענק האָט קאַנלי'ן דאן דערצעהלט, אַז נאָך דעם וי מערי 
פיינען האָט באַקומען איהר ענװעלאָפּ האָט זי געפרעגט אויב 
עס אין שוין אָנגעקומען מעטאַל צו איהר אַרבייט. ער האָט 
געענטפערט, אַז ער ווייס ניט און ער האָט איהר גערופען געהן 
מיט איהם אַ קוק טאָן,. ער אין מיט איהר אַװעק אין מע- 
טאַל צימער. 

,איך האָב די מיידעלע נגעװאָלט האָבען? -- האָט פרענק 
ווייטער דערצעחלט קאָנלי'ן (דאָס אַלץ האָט קאָנלי פאָרגעשטעלט 
אַלס עדות ביי פרענק'ס טרייעל) -- ;זי האָט מיר אָבער ענט- 
זאנט, האָב איך איהר נענעבען אַ זעץ און מסתמא אין דער 
זעץ געווען א צודשטאַרקער, ואָרים זי איז נעפאַלען און איהר 
קאָפּ האָט זיך אָן עפּעס אָפּנעשלאָגען. איך ווייס ניט וי ערנסט 
די וואונד איז. דו וייסט דאָך, איך בין ניט געבויט וי אַנדערע 
מענער,. " 

--- מיסטער פרענק האָט דאָס געזאָנט, ווייל איך האָב איהם 
געזעהן מיט פוויען אויף אַזאַ אַרט, וי מען זעהט ניט קין 
מענער, װאָס האָבען קינדער, --- האָט קאָנלִי ערקלעהרט, און דאָ 
האָט ער נעשילדערט איינצעלהייטען, וועלכע קענען ניט געדרוקט 
ווערען. 

פרענק האָט קאָנלי'ן נעבעטען נעהן אַ קוק טאָן אין דעם 
מעטאל-צימער און ער האָט געזאָנט, אז ער װועט איהם נוט באַ- 
פרידינען. אלזאָ, איז קאָנלי אַװועק אין דעם מעטאַל צימער, דאָך- 
טען האָט ער די מיידעלע נעפונען לינענדינ אויפ'ן רוקען, אַ 
טויטע, מיט אַ שטריק פאַרצוינען אַרום האַלז. אַ טוך איז געווען 
אַרומגעבונדען אונטער'ן קאָפּ צו פאַרהאַלטען די בלוט. קין 


די פרענק דראַמא 4211 


בלוט איז אָבער ניט נעווען. קאנלי האָט זיך אומנעקערט צו 
פרענק'ען און איהם באַריכטעט אַז די מיידעל איז טויט, 

, שא ! מאַך אַ שוויינ !" האָט פרענק נעזאָנט. 

,איך האָב אַ קוק נעטאָן אויפ'ן זיינער" --- האָט קאָנלי 
ווייטער עדות געזאָגט -- ,עס איז דאַן געווען פיר מינוטען צו 
איינס", 

ווייטער האָט ער דערצעהלט, אַז פרענק האָט איהם גע- 
הייסען איינוויקלען דעם טויטען קערפּער אין א שטיק קלאָטה 
(לייווענט אָדער עפּעס אַן אַנדער זאָרט טוך) און דאָס אַרױסטראָ- 
גען פון דעם מעטאַל צימער,. ער (קאָנלי) האָט דאַן גענומען אַ 
שטיס , בעד טיק" (אַ לייווענט מיט שמאָלע פּאַסען, פון וועל- 
כען מען מאַכט ציכען צו מאַטראַצען און די אינוויינינסטע צי- 
כען צוֹ קישענס), אין דעם האָט ער איינגעוויקעלט דעם קער- 
פּער און איהם אַרױסגעטראָגען. (דאָ איז וויכטינ צו באַמער- 
קען, אזן אין זיינעם א פריהערדינען סטייטמענט האָט קאָנלי 
געזאָגט, אַז ער האָט דעם קערפּער אַרייננעליינט אין אַ קראַקו- 
סענעם זאַק, און ניט אַז ער האָט איהם אייננעװויקעלט אין , בעד 
טיק". פאַר װאָס ער האָט נעמאַכט די ענדערונג וועלען מיר 
ווייטער זעהן). 


קאָנלי האָט געשילדערט וי ער האָט דעם מת אַרױסנגעטראָגען 
פון דעם מעטאַל צימער, עס אין געװוען צו שווער און 
ווען ער איז צוגעקומען צו דעם דרעסיננג רום, האָט ער נע- 
מוזט די משא אָפּלאָזען. דער קערפּער איז אַראָפּנעפאַלען אוים'ן 
פּלאָר פון דעם קאָרידאָר, 


פרענק האָט דאַן איהם נגעהאָלפען דעם קערפּער אַריינטראָגען 
אין דעם עלעװייטאָר (ליפט). דאַן אין פרענק אַרײנגעגאַנגען 
צו זיך אין אֶפּיס און אין פון דאָרטען צוריקגעקומען מיט אַ 
שליסעל אין האַנט. דאָס איז נעווען דער שליסעל פון דעם עלעק- 
טרישען מאָטאָר, פון וועלכען דער עלעװוייטאָר האָט באקומען זיין 
טרייב-קראַפט. פרענק האָט דעם מאָטאָר געעפענט און ער מיט 
קאָנלי'ן האָבען דעם קערפּער אַראָפּגעפיהרט אין בייסמענט (קע- 
לער). דאָרטען האָט קאָנלי פון דער ערמאַרדעטער מיידעלע 


219 בלעטער פון מוין לעבען 


אַראָפּגענומען די , בעד טיק", גענומען דעם מת צו זיך אוים'ן 
פּלײיצע און איהם אַװעקגעטראָנען ווייטער אין בייסמענט אַרין. 

דער עלעװייטאָר איז ניט געווען דער איינצינער מיטע? אַרונ- 
טערצוגעהן אין בייסמענט. עס אין געוען א צוייטער מיטעל 
אויך. אויף דעם ערשטען פלאָר לעבען דעם עלעװייטאָר האָט 
אין דער פּאָדלאָגע זיך געעפענט אַ טיר און אונטען, אונטער 
דער טיר, אין געשטאנען אַ לייטער. אט איבער דיזען לייטער 
האָט מען געקענם אַראָפּנעהן אין קעלער. 

ווערענד קאָנלי האָט דעם קערפּער אוים'ן פּלייצע אַװעקנע- 
טראָנען ווייטער אין קעלער אַריין, איז פרענק איבער'ן לייטער צו- 
ריק אַרויפגעקומען אויפ'ן ערשטען פלאָר ‏ דער עלעװייטאָר איז 
געבליבען װאַרטען אונטען אין בייסמענט. קאֲנלי האָט אַװעקנע- 
: לייגט די ערמאָרדעטע, ניט ווייט פון אַ הינטער-טיר און דאן האָט 
ער זיך אומנעקערט. סיט'ן עלעװייטאָר איזן ער ארויפגעפאָהרען 
צוריק צום ערשטען פּלאָר, ואוו פרענק האָט געװאַרט אויף איהם. 
דאָרטען איז פרענק אויך אַרײן אין דעם עלעװייטאָר, און קאֲנלי 
איז מיט איהם צוזאַמען אַרויפגעפאָהרען צום צווייטען פלאָר, 

זיי זיינען אַריין אין פרענק'ס אִפיסם, 

,גאָט מיינער 1" האָט פרענק געזאָגט אַ צושראָקענער. , אָט 
געהט עממאַ קלאַרק און קאָרינטהיא האָלל!? (צויי מיידלעך, 
וועלכע זיינען אויך געקומען נאָך זייערע ויידזשעס). אלןאָ, 
האָט פרענק קאָנלי'ן פארשלאָסען אין זיין שראַנק, און ווען די 
צוויי מיידלעך האָבען שוין באַקומען זייערע ענװעלאָפּס און / 
זיינען שוין אַװעקנעגאַנגען, האָט ער איהם אַרױסגעלאָזען. 

--- קענפט שרייכען ? --- האָט פרענק נעפרעגט, 

-- אַביסע? -- האָט קאָנלי געענטפערט. 

פרענק האָט איהם אַװעקנעזעצט ביי זיין דעסק, און אליין 
;האָט ער זיך נגעזעצט לעבען איהם. ער האָט פון דעסק אַרויס- 
גענומען אַ בלעטעל פּאַפּיר און איהם גענומען דיקטירען. דער- 
נאָך האָט ער ארויסגענומען אַ צווייטען בלעטע? און איהם ויי- 
טער דיקטירט, 

פרענק האָט איהם נעגעבען 200 דאָלאר און ער האָט איהם 
געהייסען נעהן אין בייסמענט פאַרברענען דעם קערפּער אין 


דו פרענק דראַמא 1218 


דעם פוירנייס (אַן אויווען, וועלכער באַזאָרגט א נאַנצע געביידע 
מיט דאַמף היץ -- ,צענטראַל הייצונג"). קאֲנלי האָט גע- 
ענטפערט, אַז ער האָט מורא,. האָט פרענק די צוויי הונדערט דאָ- 
לאר ביי איהם צונגענומען צוריק. 

--- אַזױ האַנדעלט איהר? -- האָט קאָנלי געזאָגט. 
| --- עס וועט זיין אל-דרייט, --- האָט פרענק איהם פאַרזי- 
כערט, --- האַלט נאָר פאַרמאַכט דיין מויל. צו װאָס זאֶל 
איך געהאננען וערען? איך האָב רייכע עלטערען אין ברוק- 
לין, דאגה ניט וענען דיזער געשיכטע! קום מאָנטאָג צו דער 
ארבייט, אזוי וי דו ווייסט פון קיין זאַך ניט און האַלט דיין 
מויל צונעמאַכט,. טאָמער אַרעסטירט מען דיך, על איך דיך 
אַרויפנעמען אויף בייל, קענסט קומען היינט אַווענט און דאָס 
טאָן ? 

-- איך האָב געזאָנט היאָ?. איך האָב זיך באַשלאָסען 
צו קומען און באַקומען דאָס געלט צוריק, 

--- אויב דו קענסט ניט קומען, לאָז מִיר וויסען -- האָט 
פרענק געזאָגט --- װעל איך נעמען די צעטעלעך און װעל זי 
אַוועקליינען לעבען דעם קערפּער. 


--- נוט, איך על זיין צוריק אין פערצינ מינוט אַרום, --- 
האָב איך זיך אָפּנערופען, איך האָב פרענק'ען איבערגעלאָזען 
אין דער פּעקטאָרי און איך בין אוועק אין אַ סאלון (שענק). איך 
האָב א קוק געטאָן אויפ'ן זייגער. עס איז דאן געווען צוואנציג 
מינוטען צו צוויי מיסטער פרענק האָט מיר גענעבען א פּעקעל 
סינארעטס און ווען איך האָב דעם פּעקעל געעפענט, נעהענדינ, 
האָב איך אינווייניג געפונען צוויי דאָלאר, פון דעם סאַלון בין 
איך אַװעק אַהיים. איך האָב געשיקט נאָך וואורשטלעך. דער- 
נאָך האָב איך זיך צונעליינט שלאָפען. איך האָב אָבער אִפּ- 
נעשלאָפען ביז האַלכ נאָך זעקס; בין איך שוין צו מיסטער 
פרענק'ען יענעם טאָג ניט גענאַנגען. סיר האָבען זיך געזעהן 
ערשט דינסטאָנ איך האָב געהאַלטען אין קערען דעם פערטען 
פּלאָר, איז ער צו מיר צוגענאַנגען און געזאָגט: ,נעדענקיזשע : 
האַלט פאַרמאַכט דאָס מוי? !? איך האָב געזאָגט , אָל-דייט? ; האָט 


414 בלעטער פון מיין לעבען 


ער געזאָנט: וען דו װאָלסט געקומען שבת צוריק און אונטען 
אין בייסמענט װאָלסטו געטאָן, װאָס איך האָב דיר געהייסען, 
װאָלט קיין טראָבעל ניט געווען". 


אין פאַרלױיף פון זיין ערצעהלונג האָט קאָנלי עטליכע מאָל 
פאָרגעשטעלט װי פרענק שטיפט מיט איהם, מעשה-חבר, װי ער 
גיט איהם אַ לייכטען שטופּ, א זעץ, אויף א שפּאַסינען שטיי- 
נער,. אָבער קיינער פון די אֶפִּיס בעאַמטע אָדער ארבייטער פון 
דער פעקטאָרי האָט דאָס קיינמאָל ניט געזעהן. אזי האָבען 
זיי אַלע געזאָגט, ווען זיי זיינען פאָרגעקומען אַלס עדוֹת ביים 
טרייעל, 

דאָרסי האָט אין קאורט ביי קאָנלי'ן נעפרענט, אויב ער 
ווייס עפּעס ווענען מערי פיינען'ס דראָטענע בייטעלע, האָט ער 
געענטפערט : 

-- איך האָב עס געזעהן ביי מיסטער פרענק'ען אויפ'ן 
דעסק, נאָך דעם וי מיר האָבען דעם קערפּער אַרונטערגעפיהרט 
אין בייסמענט, מיסטער פרענק האָט דערנאָך די בייטעלע גענו- 
מען און פאַרשלאָסען אין סייף (אייזערנער שראַנק). 

דאָס איז נעווען פאַר אַלעמען אַן איבערראַשונג, װאָרים 
פריהער האָט ער דאָס ניט דערמאַנט אין קיינעם פון זיינע 
סטייטמענטס, אפילו אין זיין פערטען סטייטמענט. 

דערנאָך האָט אַ צייטונגס-מאַן מיט'ן נאָמען האַרלי ברענטש, 
אַ רעפּאָרטער פון דעם ,אַטלאַנטא דזשוירנעל", עדות געזאָגט 
ווענען א געשפּרעך, װאָס ער האָט געהאט מיט קאַנלי"ן אין 
פּריזאָן, קאָנלי האָט איהם דערצעהלט ;די גאַנצע געשיכטע 
פון דעם מאָרד". האַרלי האָט איהם געפרעגט אויב ער האָט 
נעזעהן מערי פיינען'ס דראָטענע בייטעלע, און ער (קאָנלי) האָט 
געענטפערט, אַז ער האָט די בייטעלע קיינמאָל ניט געזעהן. 

ער האָט ברענטש'ען אויך געזאָגט, אַז פרענק האָט מערי'ן ער" 
מאָרדעט אין טאִילעט (װאָטער-קלאָזעט), אויפ'ן צווייטען פלאָר (ניט 
אין דעם מעטאַל צימער), און אַז ווען ער, קאָנלי, האָט די טויטע 
דערזעהן צום ערשטען מאָל, איז זי שוין געװען פאַרגליווערט 
און שטייף (דאָס הייסט, אַז דער מאָרך איז באגאנגען געווארען 


דו פרענק דראַמא 218 


אַ היבשע צייט פריהער),. איצט, ביים טרייעל, האָט ער גנעלי- 
קענט, אַז ער האָט דאָס אַלץ ברענטש'ען געזאָגט, 

דער פּונקט ווענען דער בייטעלע איז געווען איינער פון די 
וויכטיגסטע. װאָרים די וואס האָבען גענלויבט אז קאֲנלי איז 
באַגאַנגען דעם מאָרד, האָבען גענלויבט אן די טראַנעדיע אין 
אַרויפגעקומען דורך דעם, װאָס ער האָט ביי מערי'ן געבעטען 
געלט. וואו איז אַהינגעקומען די בייטעלע? -- האָט מען גע- 
פרעגט די גאַנצע צייט, און קיין ענטפער אין ניט געווען. פּלוצ- 
לינג האָט קאָנלי ערקלערט, אז ער וייס. | 

און דאָס אין ניט נעװען די איינצינע איינצעלהייט פון 
זיין מעשה, װאָס ער האָט פריהער ניט דערמאַנט, -- אפילו 
אין זיין , סטייטמענט נומער 4?, ווען ער האָט שוין , אויסגעזאָנט 
דעם נאַנצען אמת", װי ער האָט פארזיכערט די דעטעקטיווס און 
דאָרסי'ן, --- אפילו דענסטמאָל אויך ניט. צום ביישפּי?ל; די 
איינצעלהייט, אַן ער האָט נעפונען פרענק'ען ציטערענדיג 
פון נערוועזקייט און מיט אַ לאַנגע שטריק אין האַנט; 
אָדער די איינצעלהייט ווענען מערי'ס הוט און סליפּערס. אפילן 
אין זיין 4טען סטייטמענט האָט ער דיזע זאַכען ניט דערמאָנט. 
ערשט אין זיין קטער מעשה, אין קאורט, האָט ער דערצעהלט, 
אז בשעת ער האָט מערי'ן נעפונען אַ טויטע אין דעם מעטאַל- 
צימער, האָט ער ניט וייט פון איהר נעזעהן איהר הוט, איהרע 
סליפּערס (מעסטעס, שיך) און אַ ריבאָן (סטענגע), און אַז ער 
האָט דאָס דערנאָך אַ װאָרף נעטאָן לעבען אויווען. ווען פרענק'ס 
לאִיער האָט איהם נעפרענט, פאַרװאָס ער האָט דאָס אַלץ פריהער 
ניט דערצעהלט, האָט ער נעענטפערט, אז מען האָט איהם ניט 
געפרענט, אָדער ער האָט גענעבען עפּעס אִן אַנדער תירוץ. ער 
האָט זיך נעדרעהט. 

אַלע זיינע אנטװאָרטען אויף דעם קרייץ-פאַרהער זיינען גע- 
ווען געדרעהטע אָדער אַזעלכע, װאָס יעדער האָט געקענט זעהן, 
אַן עס אין א לינען. נעמט, צום ביישפּיל, זיין לייקענען, אַז 
ער האָט געלייענט די צייטוננען, און זיין טענה'ען, אַז ער קען 
ניט לייענען, טראָץ דעם עדותזאָנען פון פילע פון די אַרבייטער 
מיידלעך, אז זיי האָבען געזעהן װי ער האָט געשלונגען די עקס- 


416 בלעטער פון מיין לעבען 


טראס נאָכ'ן מאָרד װי שלעכט ער האָט ניט נעשריבען, האָט ער 
דאָך פאָרט געשריבען,. און שרייבען -- װי צרה'דינ דאָס זאָל 
ניט זיין --- איז אַלץ שווערער וי לייענען. אז איינער זאָל 
קענען שרייבען צעטעלעך און בריוועלעך און ניט קענען אי- 
בערלעזען געדרוקטע שורות, אפילו ניט די נרויסע װוערטער פון 
אַ סענסאַציאַנעלע עקסטרא --- דאָס איז לעכערליך. 

דער לאִיער, װאָס האָט נעפיהרט דעם קרייץ-פאַרהער, אין 
געווען אַ פעהינער, טרייער לאִיער, ווען מען לעזט אָבער דעם 
פאננען סטענאָגראפישען באריכט פון דיזען קרייץ-פאַרהער, קלערט 
מען זיך ניט ווילענדיג, אז אין ניו יארק אָדער שיקאגאָ װאָלט 
מען געקענט געפינען צעהנדליגע לאִיערס, װאָס װאָלטען נעמאַכט 
אַ בעסערען דזשאב, די אַטלאַנטער פּאַליצײי אין געווען א פּראַ- 
װוינציעלע פּאַליציי, און פרענק'ס טרייעל-לאיערס -- די בעסטע 
:אין אַטלאַנטא --- זיינען נאָך אַלעמען געווען פּראָװינציעלע אַד- 
װואָקאַטען. אַ גוטער ניו יארקער קרימינאל-לאָיער װאָלט פון קאָנ- 
לי'ס בעלעטריסטישע מעשה געמאַכט אַ באַרג אֵשׁ. ער װאָלט 
אויפ'ן קרייץדפארהער קאָנלי'ן לייכט געפּאַקט אין זיינע ליגענס 
און איהם געשטעלט אין אַזאַ לאַגע, אז דער קאורט-רום װאָלט 
געקראַכט פון געלעכטער. קאָנלי װאָלט געװאָרען נערוועז, און 
זיך נערוועז געפּלאָנטערט ; זיין , שונדדבעלעטריסטיק" װאָלט צו- 
זאמענגעבראָכען. 

נין יארקער לאיערס װאָלטען די צעטעלעך נאטירליך ניט 
פאַרנאכלעסינט,. די גאַנצע קייס װאָלטען זיי נגעפירט אַנדערש. 

אָבער נעמען לאיערס פון אַן אַנדער סטייט, איבערהויפּט 
נאָך פון דער נאָרטה, װאָלט געווען געפעהרליך. דאָס װאָלט 
דעם מאַב נאָך מעחר צורייצט, 

18 
עדות צו קאָנלי'ס באַהױפּטונג, אַז פרענק האָט געפיהרט 
אַן אונמאָראַלישען לעבען. 

די פּאַליציי און דער פאָליסיטאָר-דזשענעראל האָבען דורך 
די צייטוננען געטרומייטערט, אז פרענק האָט נעפיהרט א מיאוס'ען 
אונמאָרילשען לעבען : וי מיר האָבען שוין געזעהן, אין דאָס 


די פרענק דראַמא 27 


פאַר זיי נעווען העכסט וויכטיג, אום צו ווייזען דעם , מאָטיוו", 
וועלכער האָט פרענק'ען נעבראַכט צו דעם סאָרד. אלזאָ, האָט 
דער כיטרער קאָנלי, וועלכע האָט די צייטונגען געלייענט, זיצענדינ 
אין פּריזאָן, אין זיין עדות-זאָנען אויף פרענק'ס טרייעל, אַריינ- 
געשטעלט מעשות פון דיזען סאָרט. וװאָרים אויב דאָס האָט זיך 
געלוינט פאַר דער פּאַליציי און פאַר דאָרסי'ן, האָט זיך דאָס דאָך 
אַודאי געלוינט פאַר איהם, פאַר קאָנלי'ן,. מאַכען מען זאָל גלוי- 
בען, אַז פרענק אין אַן אויסער-נעוועהנליכער אויסוואורף, און 
אַז דעריבער האָט ער דאָס געטויט מערי פיינען --- דאָס איז פאַר 
איהם געווען אַ פראַנע פון לעבען און טויט,. אלאָ, האָט ער 
אויפ'ן טרייע?ל פאָרגעשטעלט, אן פרענק האָט געהאַָט עקעל-. 
האַפטע, אוננאַטירליכע פארהעלטניסע מיט פרויען, און אַז ער 
אַליין, אַלס זיין פאַרטרויטער מענש, האָט איהם נעזעהן אין אזעל- 
כע סצענעס, 
געוועהנליך פלענען די דאָזינע אונאַנשטענדינקייטען פאָרקן- 
מען שבת נאָך מיטאָנ, ‏ אזוי האָט ער עדות געזאָנגט. מערי 
פיינען איז ערמאָרדעט געװאָרען שבת בייטאָנ. עס האָט געשטימט, 
דאָך, איבערלאָזען אַזאַ סאָרט נעשיכטע אֶהן אַ באַשטע- 
טינוננ װאָלט געווען נעפעהרליך. א פּשיטא שוין אין דער 
פאוטה, וואו צו נלויבען א נענער אַנטקענען א וייסען אין 
דער עולם ניט געוואוינט. אלזאָ, אין פאַר דער אנקלאַנע געווען 
וויכטיג צו קרינען א ווייסען עדות, װאָס זאָל דערצעהלען, אַז ער 
האָט אויך נעזעהן וי פרענס אַמוזירט זיך מיט פרויען, און אַז 
דאָס איז יעדעס מאָל פאָרנעקומען אין אַ שבת נאָך מיטאנ. 
אין אַטלאַנטא אין דאן פאר דער פּאַליציי לייכט געווען 
צו קרינען װאָסערע עדות זי האָט נאָר געװאָלט,. אין דער נאָרטה 
װאָלט א סאָליסיטאָר:דזשענערא? אָדער דיסטריקט אַטױרני 
אַזעלכע עדות זיך ניט נעאיילט צו ברעננען אין א קאורט. 
קורץ, סאָליסיטאָר-דזשענעראל?ל דאָרסי האָט צו פרענק'ס 
טרייעל נגעבראַכט א וייסען יונגען מאַן מיט'ן נאָמען ברוטוס 
דאָלטאָן, וועלכער האָט דערצעהלט, אַז שבת נאָך מיטאג פלענט 
פרענק ביי זיך אין אֶפִּיס האָבען הוליאַנקעס מיט פרויען, טרינ- 
קען ביר און לייכטערע געטראַנקען מיט זיי. ער האָט דער- 


48 בלעטער פון מיין לעבען 


צעהלט, אַז איהם האָט פאָרנעשטעלט פאַר פרענק'ען אַ פרוי 
מיט'ן נאָמען דייזי האָפּקינס, און אַז ער, דאָלטאָן, איז מיט איהר 
דערנאָך אַרונטערגענאַנגען אין בייסמענט פון דער פּענסיל פעק- 
טאָרי און אַז דאָרטען אין געשטאַנען א סאָפא. 

בשעת פרענק'ס לאיערס האָבען קאָנלי'ן גענומען אוים'ן 
קרייץ-פאַרהער, האָבען זיי איהם נעפרענט צי ער האָט דאָלטאָן'ען 
נעזעהן אין דער פּענסי? פעקטאָרי אין זיין אנטװאָרט האָט 
קאָנלי דערצעהלט דאָס זעלבע וי דאָלטאָן, נאָך מיט אַ סך מעהר 
איינצעלהייטען ער האָט נעשילדערט וי אין אַ געוויסען שבת 
נאָך מיטאג האָט פרענק איהם אַריינגערופען צו זיך אין אֶפים { 
אַז דאָרטען איז ביי פרענק'ען געזעסען אַ ,ליידי", מיט װעל- 
כער פרענק האָט געטרונקען ביר און דערביי איז געווען דאָלטאָן 
און א צוייטע , ליידי"; אַז פרענק האָט איהם, קאָנלי'ן, גע- 
הייסען אַרונטערגעהן אויפ'ן אונטערשטען עטאַזש זעהן אַז קיינער 
זאָל ניט אַרויפקומען צו איהם (פרענק'ען) אין אֶפיס; אַז דאָל- 
טאָן און די צווייטע , ליידי" זיינען צוזאַמען מיט פרענק'ען און 
מיט דער ערשטער , לייִדי" אין פרענק'ס אֶפִּיס פאַרבליבען ביי 
פופצען מינוט און אַז דאַן איז דאָלטאָן און די צווייטע , ליידי" 
אַרויסגעקומען פון פרענק'ס אֶפיס; אַז ער, קאָנלי, האָט פאַר 
זיי אין דער פּאָדלאָנע פון דעם ערשטען עטאַזש אויפגעעפענט 
די בייסמענט טירד און זיי זיינען אראָפּנעגאַננען איבער'ן לייטער ; 
אַז די נאַנצע צייט װאָס זיי האָבען פאַרבראַכט אין בייסמענט 
האָט ער, קאָנלי, אַכטונג געגעבען, אַז קיינער זאָל זיי ניט שטע- 
רען, און אַז אוים'ן צווייטען עטאַזש זאָל קיינער ניט שטערען 
פרענק'ען מיט דער ערשטער , ליידי"; אַז דערנאָך, ווען דאָלטאָן 
און זיין , דאַמע? זיינען אַרויפגעקומען צוריק פון קעלער, האָט 
דאָלטאָן איהם נענעבען א קװאָרטער (28 סענט) און איז אַװעק, 
און , ליידי" נומער צוויי איז דאַן צוריק אַרױף צו פרענק'ען אין 
אָפיס; אַז שפּעטער זיינען ביידע ,ליידיס" אַװעקגענאַנגען; אז 
עהנליכעס איז פאָרגעקומען אין אַנדערע שבתים, אימער צווישען 
דריי און האַלב נאָך דריי. 

דאָלטאָן האָט אַלזאָ באַשטעטיגט קאָנלי'ן און קאָנלִי האָט 
באַשטעטינט דאָלטאָן'ען. 


דו פרענק דראַמא 219 


אלס עדות פון שרענק'ס צד זיינען אויפ'ן טרייע? פאָר- 
נעקומען עטליכע איינוואוינער פון דעם שטעדטעל, וואו דאָלטאָן 
האָט געוואוינט און זיי האָבען געזאָגט אַז ער האָט א מיאוס'ען 
נאָמען; אַז ער איז אַמאָל געזעסען אין פּריזאָן פאַר אַ גנבה 
און אַזן אין איהם איז קיין וואָהר װואָרט ניטאָ. 

עס זיינען אָבער אויך געווען עטליכע עדות, וועלכע האָ- 
בען געזאָגט, אז דאַלטאָן אין אַן עהרליכער מאַן און אַז מען 
קען איהם נלויבען, הנם איינער פון דיזע עדות האָט געזאָנט, 
אַז פריהער פלעגט מען איהם ניט קענען נלויבען, אָבער אַז דער- 
נאָך איז ער בעסער נעװאָרען און מען קען איהם שוין גלויבען. 


14 


פרענק'ס מאָראַל. -- שבת נאָך מימאג אין זיין אָפִיס. --- 
באַזונדערס עקעלהאַפטע סצענעם, װאָס קאָנלי האָט 
געשילדערט. 

די הויפּט מעשה, װאָס קאָנלי האָט דערצעהלט --- וי אַזױ 
מערי פיינען איז ערמאָרדעט נגעווארען --- וועלען מיר באַטראַכטען 
אַזױ גרינדליך, װוי מיר זיינען אימשטאַנד. אָבער צוערשט לאָמיר 
אָפּ;פּטר'ען דאָס, װאָס דאָלטאָן האָט געשילדערט און קאָנלי'ס 
באַשטעטינונג דערפון. 

אַז אין דעם קעלער פון דער פּענסיל-פּעקטאָרי אין קיין 
/מאָל ניט געווען קיין סאפא, דאָס איז באַװיזען געווארען מיט 
פילע עדות, עהרליכע, אנשטענדינע מענשען. אָבער דאָס אין 
פאַרהעלטניסמעסינ א קלייניגקייט. וויכטינער זיינען די פאָל- 
נענדע פאַקטען, מיט וועלכע עס אין געווען באקאנט יעדער, 
װאָס איז געווען פאַרבונדען מיט דער פּענסיל פּעקטאָרי אַלס אַר- 
בייטער, אָדער אַלס אָננעשטעלטער אין דער ביזנעס אָפּטײילונג -- 
פאַקטען, וועלכע איך האָב פּערזענליך גענוי אונטערזוכט, וען 
איך בין געווען אין אַטלאַנטאַ. 

הערבערט שיף, פרענק'ס אַסיסטענט, פלעגט שבת נאָך מי- 
טאָג מיט פרענק'ען צוזאמען אימער האָבען די שװוערסטע אַר- 
בייט ביי די ביכער. זיי פלענען דאַן צוזאמענשטעלען זייער 
וועבענטליכען פינאנציעלען באריכט און אַנדערע חשבונות אוֹן 


190 בלעטער פון מיין לעבען 


דאָס פלענט נעמען ביי פיר שטונדען. דריי אוהר, האַלב נאָך 
דריי, פיר אוהר --- דאַן פלענען זיי זיין טיף פאַרטאָן אין זייער 
אַרבײט. אויך פלענען שבת נאָך סיטאנ אריינקומען סיילסלייט 
(קאָמי װאָיאזשאָרען). אָפּט פלענט זיך דאַן אַרײינכאַפּען זינמונד 
מאָנטאַג, דער הויפּט באַלעבאָס פון דער פעקטאָרי, װאָס זיין 
סטיײישאַנערי-סטאָר איז געווען נאָהענט דערביי. 

ספּעציע? אינטערעסאַנט איזן דער פאַקט, אַן אָפּט פלענט 
שבת נאַכמיטאנ צו פרענק'ען אין אִפיס קומען זיין פרוי. זי 
פלענט איהם דאַן העלפען אַלס סטענאָנראפערין און טייפּרוו- 
טערין (מאַשין-שרייבערין). 

און גראָד דאַן, שבת נאָך מיטאג, וי קאָנלי און דאָלטאָן 
האָבען עדות נעזאָנט, פלעגט פרענק געוועהנליך ביי זיך אין 
אָפִיס האָבען אונאַנשטענדיגע פרויען! 

בשעת פרענק פלענט אויבען זיין מיט זיי, פלענט די גאָס- 
טיר פון דער פּעקטאָרי, דער אַרײנגאַנג, זיין פאַרשלאָסען,. אַזױ 
האָט דער נעגער דערצעהלט אין קאורט. אָדער אז ניט, פלענט 
קאָנלי סתם ניט צולאָזען אַז אימיצער זאָל אַרויפקומען ! 

ווען דער באלעבאָס פון דער פּעקטאָרי, אָדער א סיילסמאן, 
אָדער מיסעס פרענק װאָלטען געקומען און געפונען פאַרשלאָסען 
די טיר, װאָלטען זיי נאַטירליך דערנאָך נעפרענט וואו ער, פרענק, 
אין געווען. אָבער אַלץ פלעגט אָפּנעהן גלאַט, הייסט עס. 
קיינער איז קיין מאָל ניט אַריינגעקומען און קיינער האָט קיין מאָל 
קיין קשיות ניט נעפרענט, 

נ. וו. דארלי, דער צווייטער מענעדזשער פון דער פעקטאָרי, 
אַסיסטענט סופּעראינטענדענט שיף, דער טאָנ-וועכטער האַליוװועי 
און פילע אַנדערע, װאָס זיינען געווען אָנגעשטעלט אין דער פּענ- 
סי? פעקטאָרי, האָבען דיזע מעשיות ערקלערט פאַר א סקאַנדאַ- 
ליעזען און לעכערליכען לינען און יעדער וואס האָט שפּעטער 
געלייענט דעם באַריכט פון דעם טרייעל האָט דאָס אויך נע" + 
זעהן. 

אַ חוץ אַלעם: די טיר פון פרענק'ס אֶפִיס איז געווען אַ 
נגלעזערנע, און ניט קיין טונקעל-גלעזערנע, נאָר א העלע, אַ קלאָרע 
וי די שויב פון אַ פענסטער, דעך שרייבער פון דיזע ציילען 


די פרענק דראַמא 201 


האָט פרענק'ס אֶפִּיס באזוכט צוויי סמאָל. דורך אַזאַ גלעזערנער 
טיר װאָלט מען געקענט דייטליך זעהן פון ווייטען פּונקס װי עס 
װאָלט נאָר קיין טיר ניט נגעווען. און דער פענסטער פון פרענק'ס 
אָפיס איז אַרױיסנעקומען אויף א לעבעדינער נאָס,. און די שייד 
(נאַרדינע) איז געווען אן אַלְטע און אַ צוריסענע. זי װאָלט סיי- 
ווידסיי קיין באַדייטונג ניט נגעהאט. 

אז אין אַזאַ צימער זאָלען בייטאָנ פאָרקומען אונאַנשטענדינע 
סצענעס איז אַן אונזין, וועלכער קען נאָר פאַבריצירט ווערען אין 
דעם מוח פון אַן אונוויסענדען און אידיאָטיש-כיטרען ליננער, 
די דעטעקטיווס האָבען אָבער ביי קאָנלי'ן געפרענט אויב פרענק 
האָט זיך מיאוס אויפנעפיהרט, און די צייטוננען זיינען געווען 
פול מיט אַזעלכע זאַכען; האָט קאֲנלי דערצעהלט דאָס ווָאס 
האָט געשטימט מיט די מיאוס'ע אָנצוהערענישען און פּלאָטקעס 
פון די צייטוננען, דאָס װאָס די דעטעקטיווס האָבען געװאָלט 
האָבען; און זיי, די דעטעקטיווס, האָבען דאָס ביי איהם אָנ 
נענומען מיט פרייד, 

צעהן פון די מיידלעך װאָס האָבען נגעארבייט ביי פרענק'ען 
האָבען עדות געזאָנט, אז ער האָט ביי די ארבייטאָרינס פון דער 
פּענסי? פּעקטאָרי אַ מיאוס'ען נאָמען, אָבער אַלע איברינע מייד- 
לעך פון דער פעקטאָרי --- נאָהענט פון הונדערט -- האָבען עדות 
געזאָנט, אַז ער האָט זיך מיט די אַרבײטאָרינס אימער אויפנע- 
פיהרט העכסט אנשטענדינ און אז זיי האָבען צו איהם דעם 
טיפסטען רעספּעקט,. און װאָס אנבאטרעפט די צעהן האָבען זי- 
בען פון זיי, װוי מיר וועלען זעהן, דערנאָך זיך מודה נעווען, אַז 
זיי האָבען פאַלש עדות נעזאַנט נענען איהם, און אן דעטעק- 
טיווס האָבען זיי אַריינגעצוינען אין דעם. 

ווייטער: ווען מען לעזט דאָס, ואָס די דאָזינע מיידלעך 
האָבען נעזאָנט ביים טרייע?ל ווענען פרענק'ס אויפפיהרוננען, 
מאכט דאָס סיי װוי סיי קיין איינדרוק ניט. צו דער מיידעל האָט 
ער א שמייכע? נגעטאָן ; דער האָט ער די האַנט אַרויפגעלײיגט אוים'ן 
פּלייצע. עס זיינען געווען אַ פּאָר, װאָס האָבען איהם באַשול- 
דינט אין גרעסערע , פרעכהייטען", אָבֶער זיי האָכען דאָס דערנאָך 
צוריקגעצוינען. 


49 בלעטער פון מיון לעבען 


בשעת עטליכע מיידלעך האָבען זיך איבערגעטאָן, האָט ער 
אַריינגעקוקט אין יענעם צימער,. װאָס אנבאטרעפט דאָס לעצטע, 
װאָכט מען נעקענט מיינען, אַז די מיידלעך זיינען דאָרטען נע" 
ווען נאַקעט, און אַז דער צימער איז געווען א מין באָדיצימער. 
אין אמת'ן פלענען זיי דאָרטען בלויז אויסטאָן די דזשעקעטס 
(מאַנטעלעך) און אָנטאָן א פּאֶר פאַרטוכער. די טיר האָט זיך 
ניט פאַרשלאָסען, די פענסטער זיינען אַרויסנעקומען אויף א לע- 
בעדיגער גאָס, קיין טאִילעט אין דאָרטען ניט געווען, און צעהנ- 
דליגער מיידלעך האָבען איבערהויפּט געלייקענט אַז פרענק האָט 
אַהין אריינגעקוקט ווען עס איז. 

אַז עס זאָלען זיך געפינען עטליכע מיידלעך, װאָס זאָלען זו" 
כען צו געווינען אויפמערקזאמקייט מיט מעשות, אַז דער און 
דער האָט מיט זיי געוועלט פלוירטעווען, אָדער נעמאַכט חן'דעלעך 
צו זיי, געקוקט אויף זיי בשעת זיי זיינען געווען האַלב-נאַקעם -- 
דאָס אין א געוועהנליכע זאך. דיזער סאָרט מיידלעך אָדער 
פרויען איז אַ נגוט-באקאנטער טים, 

מיסעס פאָרמבי איז צו דעם טרייעל ניט נעקומען. און 
נאָכ'ן טרייע? האָט זי געמאַכט אַ געשװאָרענעם סטייטמענט, 
אַז אלץ װאָס זי האָט דערצעהלט ווענען פרענק'ען האָט זי אויס- 
געטראַכט און אַז די פּאָליציי האָט איהר נעצוואוננען דערצו. 

קאָנלי האָט נעשילדערט שוידערליכע סצענעס פון אוננאַ- 
טירליכער תאוה, אין וועלכע פרענק פלענט זיין די הויפּט-פינור. 
אַזױ האָט ער דערצעהלט, קאָנלי. ‏ און ער, דער נעגער, װאָס 
אין אָפט נעווען שיכור, האָט דיזע סצענעס אַליין נעזעהן. פאר 
איהם פלענט פרענק ניט האָבען קיין סודות, און פאַר איהם 
פלענט ער זיך ניט שעהמען. 

אַלץ װאָס מען קען זאָנען ווענען דיזען טייל פון קאָנלי'ס 
מעשה איז, אַז אויב דאָס װאָלט נעווען אמת, װאָלט פרענס שוין 
לאַנג געווען אין אַ דולהויז. 

די באהויפּטונג, אז פרענק אין מיט קאָנלי'ן געװוען אין 
חבר'שע באַציהונגען און אָפט נעשטיפט מיט איהם האָבען אַלע 
געלייקענט. 

וועגען דעם װי פרענק פלענט זיך אויפפיהרען, האָב איך 


די פרענק דראַמא 58 


ספּעציעל גערעדט כמעט מיט יעדער פּערזאָן, װאָס האָט איהם 
גוט געקענט,. אַלֶע האָבען וועגען די דערמאַנטע מעשיות גערעדט 
מיט דער גרעסטער ענטריסטונג און וענען זיין פּערזאָן --- מים 
פאַלשטענדיגען רעספּעקט,. איך האָב זיך א סך אָננעהערט װע- 
נען איהם. פון דעם, און פון מיינע פּערזענליכע שמועסען מיט 
איהם, האָב איך באַקומען אַ פולשטענדיגען בילד פון זיין לע" 
בען. דאָס אין געווען אַן אַבסאָלוט ריינער לעבען. 

,ווען דאָס, װאָס קאָנלי האָט דערצעהלט ועגען פרענק'ען, 
װאָלט געווען אמת,? -- האָט צו מיר געזאָגט איינער פון זיינע 
נאָהענטע באקאנטע, -- ,װאָלטען די באַציהונגען צווישען איהם 
און זיין פרוי נגעווען גאַנץ אַנדערע. זיי ליבען זיך צערטליך. 
זיי זיינען אַ נליקליכע פּאָר, די מעשה איז ניט געשטוינען און 
ניט געפלויגען. אַ לומפּינער שמוצינער ליגען." 

דערזעלבער פריינד פרענק'ס האָט זיך מיט אַ ביטערען סאַר" 
קאַזם אויסגעלאַכט פון קאָנלי'ס מעשה וװעגען דעם, וי פרענק 
האָט דער מיידע? גענעבען א מערדערליכען זעץ דערפאַר װאָס 
זי האָט איהם ענטזאגט, 

-- עס שטימט ניט מיט זיין כאַראַקטער. ער קען קיין פליג 
ניט אָנרירען,. עס איז פּשוט לעכערליך -- האָט ער געזאָגט. -- 
ווען ער װאָלט איהר געמאַכט אַזאַ פאָרשלאַג, װאָלט זי איה ם 
אפשר געגעבען א זעץ. דאָס װאָלט זיך מעהר געליינט אויפ'ן 
שכל, און זי איז ניט געווען קיין שװאכינקע. ניט הויך געוואק- 
סען, אָבער קאָמפּאַקט און שטאַרק. 


18 


קען מען זיך פאַרשטעלען אַז פרענק האָט פאַרפּאַסט די 
צעטעלעך און זיי דיקטירט קאַנליץן ? 
לאָמִיר באַטראכטען די צוויי , מאָרד צעטעלעך". 
איין צעטעלע איז געווען אויף ברוינע פּאַפּיר און איינער 
אויף ווייסע. דער ברוינער האָט ענטהאַלטען ניין שורות און 
דער ווייסער --- פינף שורות. עס איז לייכט געווען צו זעהן, 
אַז דער ווייסער איז א פאָרטזעצוננ פון דעם ברוינעם. דער ברוי" 
נער פאַנגט זיך אָן סיט דעם װאָרט , מאַמע!? די שרייבערין 


44 | בלעטער פון מיין לעבען 


הייסט עס, ווענדט זיך צו איהר מוטער. די ניין שורות האָבען 
דערגרייכט ביז'ן ברעג פּאַפּיר. ווייטער איז שוין נים געווען ווא . 
צו שרייבען, האָט דער שרייבער גענומען א צווייטען בלעטעל, און 
אויף איהם צונעשריבען דאָס איבריגע. (דיזער צעטעלע הויבט 
זיך שוין ניט אָן מיט דעם װאָרט !מאַמע". עס אין 
דער שלוס פון דאָס פריהערדינע). אין די באַשרייבונגען 
און ערקלערוננען ווענען דער פרענק סייס האָט מען דעם ברויי 
נעם צעטעלע דעריבער באַצייכענט אַלס דעם , ע ר ש ט ע | 
צ עט ע לע" און דעם ווייסען, אַפס דעם , צ ווייטען ". 
איצט לאָמיר איבערנעבען דעם אינהאלט פון די צוויי צעטעלעך, 
(די איבערזעצונג װאָס איך מאַך דאָ איז אַ ווערטערליכע. איך 
לאָז נאָר דורך אַ פֹּאֶר ווערטער, און ענדער אַ פֹּאֶר אַנדערע, וועלי 
בע עס פּאַסט ניט צוֹ דרוקען). 

אויף דעם ערשטען צעטעלע אין געשטאַנען: 

מאַמע דער נענער װאָס איז נעדונגען דאָ אונטען האָט דאָס 
געטאָן איך בין געגאַנגען אין טאילעט האָט ער מיך אַראָפּגע 
שטופּט דורכן לאָך") א לאנגער הויכער נעגער שװאַרצער האָט 
דאָס געטאָן אַ לאַנגער דאַרער הויכער נעגער איך שרייב דאָס 
בשעת ער שפּילט זיך מיט מיר". 

אויף דעם צווייטען צעטעלע: 

,ער האָט געזאָנט ער װעט מיך ליבען אַזױ װי דער נאַכט 
וויטש האָט דאָס געטאָן אָבער דער לאַנגער הויכער שװאַרצער 
נענער האָט דאָס אַליין געטאָן". 

קיין נלאַטען זינען האָבען די צעטעלעך ניט, װאָרים זיי זיי- 
נען געשריבען אונגעהייער עם-הארציש. ווירקליך ;,נח מיט זיבען 
נגרייזען". 

דאָס װאָרט , וויטש" האָט מען אָנגענומען פאַר אַ שלעכטען 
אויסלייגען פון דעם װאָרט װאַטשמאַן (וועכטער). אַזאַ פּשט האָט 
זיך אָבער ניט געקלעפּט; האָט מען דאָס װי עס אין איינגע- 
טייטשט. שפּעטער, שוין נאָכ'ן טרייעל, האָט א יונגער אידישער 


*) דוּ מיר אין דער פּאָדלאַגע, דורך וועלכע מען פלעגט צוקומען 
צום לווטער, װאָס האָט געפורט אין בווסמענט. 


דו פרענק דראַמא 8 


לאִיער מיט'ן נאָמען הענרי א. אַלעקזאַנדער, ענטדעקט דעם ריב- 
טיגען פּשט פונ'ם װאָרט, ער האָט באַוויזען, אז מיט דעם װאָרט 
וויטש" האָט דער שרייבער טאַקע נעמיינם וויטש (מכשפה), 
און אַז צוזאַמען מיט דעם פריהערדינען װאָרט , נייט" הייסט 
דאָס ,נאַכט מכשפה". דאָס ענדערט דעם נאַנצען געדאנק פון 
זאץ, און דאָס האָט טאַקע אַ טעם. סיט דיזער נאַטירליכער 
פאַרטייטשונג פון דעם װאָרט לעזט זיך שוין אלץ קלאָר, 

די ווערטער ,נאַכט מכשפה" נגעהערען צו דעם ספּעציעלען 
אַרט דענקען און ריידען, וועלכער האָט זיך אויסנגעאַרבײט ביי די 
שװאַרצע, װאָרים ביי זֵיי איז, אפשר פון טויזענדער יאָהרען, 
פאַראַן אַן אַבערנלויבען ווענען א נאַכט-מכשפה, װאָס קומט ווער- 
גען מענשען אין שלאָף. (אן עהנליכען אַבערגלויבען האָבען פילע 
ווילדע פעלקער,. און די נענערס פון אַמעריקא האָבען דאָס מיט- 
געבראַכט פון אַפריקא, פון װאַנען שקלאַפעךפאַננער האָבען 
זיי געבראַכט), | 

ווען מען דערמאָנט זיך, אז די ערמאָרדעטע מיידעלע האָט 
מען געפונען אַ דערװאָרגענע מיט אַ שטריק אַרום האַלז, ווערט 
דער זאַץ נאַנץ איינפאַך און נאַטירליך. עס אין גאָרניט נויטיג 
די ווערטער ספּעציע? , איינצוטייטשען?. 

עס לייענט זיך אַזױי: 

,ער האָט נעזאָנט ער װועט מיך ליבען כלומרשט אַזוי װוי די 
נאַכט מכשפה װאָלט דאָס נעטאָן, אָבער דער לאַנגער הויכער 
נענער האָט דאָס אַליין געטאָן.? עס געפינט זיך דאָ דער עננ- 
לישער װאָרט , לאַיק?. דער נעוועהנליכער זין דערפון איז ,אַזױ 
װווי?. אונוויפענדע נעגערס געברויכען איהם אָבער אביסעל אַנ- 
דערש אויך. ווען זיי ווילען זאָגען, צום ביישפּיל, , כלומרשט 
אַזױ וי איך װאָלט דאָס געטאָן", זאָנען זיי אויך , ? א י ק ‏ 
דער דאָזיגער װאָרט הייסט שוין דאַן נים ,אזוי וי,, נאָר 
,כלומרשט אַזױ ווי". 

דער גאַנצער צעטעלע באַקומט דאַן אן עכט-נענערשען באַ- 
ראַקטער (דער ערשטער צעטעלע האָט אויך אַזאַ כאַראַקטער). 
אַלעקזאַנדער'ס ערקלערוננען האָבען אָנגענומען אלע אונפּאַרטי- 
אישע מענשען אין דער סאוטה, 


426 | בלעטער פון מוין לעבען 


אין דער צייט פון דעם טרייעל האָט מען אָבער דעם ריב" 
טיגען פּשט פון דעם װאָרט ,וויטש" אין דעם צעטעלע ניט פֿאַר- 
שטאַנען, אַפילו פרענק'ס לאִיערס אויך ניט. (אַלעקזאַנדער אין 
נאָך דאן מיט דער פרענק קייס ניט געווען פאַרבונדען. ער האָט 
זיך סתם פאַראינטערעסירט אין דעם פּראָצעס און באַטראַכט די 
מאָרד-צעטעלעך), מען האָט געמיינט, אַז דאָס הייסט ,װאַטשמען". 
אַלעקזאַנדער'ס ערקלערונג איז געווען אוננעהייער וויכטיג, אָבער 
צו אונזער איצטינער באַטראַכטונג פון די צעטעלעך אין זי ניט 
נויטיג. 

קען מען זיך פאָרשטעלען, אַז פרענק האָט די צעטעלעך דיק- 
טירט? איז מענליך, אַז פרענק האָט געמיינט, דאָס מיט אַזעל- 
כע צעטעלעך װעט ער אָפּנאַרען די דעטעקטיווס, מערי'ס מוטער, 
און אַנדערע מענשען ? 

מערי'ן האָט מען אַראָפּגעשלײדערט פוֹן דעם ערשטען עטאַזש 
אין קעלער אַריין, און דאַן, בשעת א הויכער, לאַנגער, דאַרער, 
שווארצער נענער האָט זיך מיט איהר , געשפּילט", האָט זי גענו- 
מען אַ בליישטיפט און צוויי בלעטלעך פּאַפַּיר, און אויפּגעשריבען 
דעם בריוועלע צו איהר מאַמען.. און דאָס אַלץ, האָט פרענק 
גערעכענט, װעט מען גלויבען! לייגט זיך דאָס אויפ'ן שכל? 

לְאָמִיר זיך אויף אַ סעקונדע פאָרשטעלען, אַז מערי איז אונ- 
טער אַזעלכע אומשטענדען געווען אימשטאַנד צו שרייבען. װאָלט 
דער מערדער איהר געלאָזען שרייבען ? 

ווייטער: מערי שרייבט, אַז ניט די נאַכבט מכשפה האָט 
איהר דערװאָרנען }; ,דער דאַרער לאַנגער שװאַרצער נעגער האָט 
דאָס אַליין געטאָן" --- שרייבט זי -- שוין געטאָן, שוין דער" 
װאָרגען איהר. סמיט אַנדערע ווערטער, זי האָט געשריבען נאָכ'ן 
טויט. | 

אַז דער אונוויסענדער, אידיאָטסקע-כיטרער נעגער זאָל זיך 
אַזױ פאַרפּלאָנטערען אין זיין אייגענער כיטרעקייט, דאָס אין יאָ 
מענליך אן עהנליכע ;לאָניק" זעהט מען ביי אונוויסענדע 
נענערס אויף טריט און שריט. אָבער אַז אַ נעבילדעטער, פע- 
היגער און קלוגער מענש, וי פרענס, זאָל מיט אזעלכע צעטע- 
לעך מיינען אָפּצונאַרען די וועלט, דאָס איז לעכערליכער וי לע" 


די פרענק דראַמא ' 407 


כערליך. דער אונװויסענדסטער ווייסער מענש װאָלט אויף אַזאַ 
אונזין ניט פעהיג געווען. 

ווייטער;: װאָלט פרענק דען ניט פאַרשטאַנען, אז די דע- 
טעקטיווס וועלען זיך נלייך ערקונדיגען, אז עס איז ניט מערי 
פייגען'ס האַנדשריפט 4 װאָלט ער ניט פאַרשטאַנען, אַז פריהער 
אָדער שפּעטער װעט מען אויסגעפינען, אז דאָס איז קאָנלי'ס האַנד- 
שריפט, און אַז דאַן -- אום זיך צו ראַטעװען פון דער תליה -- 
װועט קאָנלי איהם אַרויסנעבען ? 

װאָס אַנבאַטרעפט קאָנלי'ן, האָט ער ביז'ן טרייעל אַלץ גע- 
טענח'ט אַז איין צעטעלע האָט ער געשריבען, און דעם צויי- 
טען פ ר ע נ ק. דאָס װאָס ביידע צעטעלעך האָבען די זעלבע 
האַנדשריפט, האָט איהם דערביי ניט נעשטערט. אַז אַ האַנדשריפט 
איז אַזױ וי דער אִנבליק פון א מענשען; אז יעדער האָט זיין 
באַזונדערע האַנדשריפט, פּונקט וי ער האָט זיין באַזונדערען גע- 
שטאַלט -- דאָס, װוי מיר האָבען שוין אויבען באַמערקט, אין 
איהם נאָרניט איינגעפאַלען,. אז א מענש, װאָס האָט אַזאַ הילפ- 
לאָזען, אונוויפענדען קינדערשען מוח, זאָל מיינען, אַז ער קען 
מיט אַזעלכע צעטעלעך אָפּנאַרען די פּאָליציי, דאָס לייגט זיך יאָ 
אויפ'ן שבל, 

דער אויבען-דערמאָנטער זשורנאַליסט פּ. ס. קאָננאָלי, פון 
, קאָליער'ס וויקלי", האָט אין זיין אַרטיקעל, אין 1914, וװענען 
דיזען פּונקט געמאכט די פאָלנענדע אינטערעסאַנטע באַמערקונג : 

,אין זיין געדיכטער אונוויסענהייט האָט קאָנלי גאָרניט גע- 
וואוסט, אַז אַ האנדשריפט ווייזט אָן ווער דער שרייבער איז. ווען 
ער האָט לעבען דעם טויטען קערפּער אַװעקגעלייגט די צוויי צע- 
טעלעך מיט דעם בליישטיפט, האָט זיין כיטרעקייט איהם אַליין 
אַריײיננענארט אין זאַק אַרײן." 

מען דאַרף זיך פאָרשטעלען װאָס אַזאַ שרייבער וי קאֲנלי 
לעבט דורך, ווען ער נעמט זיך עפּעס אויפשרייבען. עס אי אַ 
שווערע אָפּעראַציע פאַר איהם. דערמאַנט זיך, װאָס פאַר אַן אונ" 
זין עס קומט דאָס רוב אַרױס, ווען אַ גרויסער עם-הארץ פּרופט 
עפּעס אויסדריקען מיט טינט און פעדער. עס פּלאָנטערען זיך 
ביי איהם די געדאַנקען,. דאָס אין אין אַ געוועהנליכער צייט, 


28 בלעטער פון מיין לעבען 


היינט שטעלט זיך פאָר, אַז דעם עם-הארץ קומט אויס צוֹ שריי- 
בען נלייך נאָך דעם װוי ער איז באַנאַננען א מאָרד דער דורכ" 
געטריבענער נענער האָט קלאָר נעוואוסט נאָר איין זאך: אן 
ער דאַרף אָפּציהען דעם חשד פון זיך. און ער האָט דאָס געטאָן 
אַזױ װוי זיין פינסטערער נאַריש-כיטרער שכל? האָט איהם גנע" 
לערענט, 

עס איז אַ באקאנטע זאַך, אז נענערס האָבען איינבילדונגס- 
קראַפט, מוזיק-געפיה? און פאַנטאַזיע. אפילו אונוויסענדע נעגערס 
זיינען אָפּט פאַרפאַסערס פון מעשיות, פילע פון זיי זיינען גרויסע 
ליננערס און ווען זיי זאָנען אַ לינען, באַפּוצען זיי איהם מיט 
איינצעלהייטען, עס זאָל אויסקומען רעאליסטיש, אזוי וי אן 
אמת, אָבער דורך דער אונוויסענהייט פון דעם פאַרפאַסער קומט 
אָפט אַרוױס אַ מיש-מאש פון רעאַליזם און אונזין. 

אָט מיט דיזען זאָרט נעמיש פון ‏ רעאַליסטישע?" איינצעל- 
הייטען און ווילדען אונזין, פון כיטרעקייט און אידיאָטסטװא 
צייכענט זיך אויס די מעשה װאָס קאָנלִי האָט דערצעהלט אויף 
פרענק'ס טרייעל וועגען דעם מאָרד פון מערי פיינען. און אן 
עהנליכער געמיש שטעקט אין די צוויי צעטעלעך אויך, 

אָבער אפשר האָט פרענק פאָרט דיקטירט די צעטעלעך און 
ער האָט דאָס אַלֵץ נעטאָן מיט אַ כיון, פּשוט די דעטעקטיווס צו 
פאַרטומלען די קעפּ? 

אין די צוויי צעטעלעך שטעהט דריי מאָל אז דער מערדער 
איז אַ הויכער, א דאַרער און אַ שווארצער נענער,. דאָס פּאַסט 
זיך ניט, ניט צו קאָנלי'ן און ניט צו ניוט ליע'ן, דעם נאַכט-+ 
וועכטער ; װואָרים זיי זיינען ביידע ניט געווען ניט קיין דאַרע, 
ניט קיין הויכע און ניט קיין שװאַרצע, נאָר ברוינע (ווען מען 
זאָנט אַ שווארצער נענער, מיינט מען, אז ער איז זעהר שוארץ, 
װואָרים פתם אַלס שוארצע באטראכט מען אַלֶע נענערס, אפילן 
העל-ברוינע אויך). האָט פרענק, אלזאַ, מיט דעם געװאָלט די 
דעטעקטיווס אראָפּשלעפּען פון דעם ריכטינען סליאד, כדי זיי זאַ- 
לען זוכען אַזאַ נענער, װאָס זיי קענען אין דער פּעקטאָרי גאָרניט 
נעפינען ? 

װאָלט פרענק אָבער געסענט מיינען, אַז די פּאַליציי וועט 


די פרענק דראַמא 200 


נלייך גלויבען, אז דער מערדער אין טאַקע אַ הויכער, אַ דאַ- 
רער און זעהר אַ שווארצער ?4 א ווייסע קינד װאָלט פארשטאַנען 
אַז מען װעט דעם שרייבער פון די צעטעלעך ניט נלויבען אויפ'ן 
װאָרט און מען װעט חושד זיין, אז דער נענער אין דוקא ניט 
הויך, ניט דאַר און ניט זעהר שװאַרץ. 

דאָס איז די כיטרעקייט פון אַ מענשען, װאָס זיין מאַרך גע" 
פינט זיך אין אַ גאַנץ פּרימיטיווען צושטאַנד. אֶט אין דיזער 
פּרימיטיווער געשייטקייט לינט אַ דייטליכער באַוייז, אַז די צע- 
טעלעך זיינען ניט נעשאַפען געווארען אין דעם מוח פון אַן אינ- 
טעלינענטער, הויך ענטוויקעלטער, זעהר פעהינער און קלונער פּער- 
זאָן, פרענק װאָלט פאַרשטאַנען, אַז פריהער אָדער שפּעטער וועט 
מען ביי אַלַע נענערס פון דער פּענסיל פּעקטאָרי זעהן די האַנד- 
שריפטען און פאַרנלייכען זיי מיט דעם שרייבען אויף די צע- 
טעלעך,. צי יאָ אַ דאַרער, צי ניט קיין דאַרער; צי אַ הויכער 
נעגער, צי א נידרינער -- מען װאָלט געזוכט האַנדשריפטען, 
און ניט בלויז ביי נענערס, אפילו ביי וייסע אויך. פריהער 
אָדער שפּעטער װאָלט מען צונעקומען צו קאָנלי'ס האַנדשריפט, 
און אַן קאָנלי קען שרייבען, דאָס האָט דאָך פרענק אימער נע- 
וואוסט. ‏ ער װאָלט אלזאָ פאַרשטאַנען, אַז סוף כ? סוף װעט 
מען זיך מוזען איבערציינען, אַז דאָס שרייבען אויף די צעטעלעך 
איז זיין האַנדשריפט און ער, קאָנלי, װעט זיך מודה זיין, אַז ער 
האָט דאָס געשריבען און אַז פרענק האָט דאָס איהם דיקטירט.. 

ווען פרענק װאָלט געווען דער מערדער, װאָלט ער צוגעקלערט 
אַ פּלאַן, װאָס װאָלט געהאט עפּעס אַ שטיקע? זין, וויינינסטענס. 

אַזא אידיאָטסקע-כיטרער פּלאַן האָט געקענט געבאָרען ווע- 
רען נאָר אין אַזא אונוויסענדען, רויהען מאַרך וי קאָנלי'ס. ער 
האָט נעשריבען די צעטעלעך איינער אַליין. קיינער האָט זי 
איהם ניט דיקטירט. א הויךאינטעלינענטער מענש װי פרענק 
אודאי ניט, : 

פארבייגעהענדיג איז אינטערעסאַנט צו באַמערקען דעם אונ- 
טערשיד צווישען דעם ערשטען צעטעלע און דעם צוייטען אין 
באַצוג צו דעם װאָרט , בלעק" (אַ שווארצער). אין דעם ערשטען 
געפינט זיך דער װאָרט ניט אויפ'ן ריכטינען פּלאַץ. ער שטעהט 


40 בלעטער פון מיין לעבען 


צום סוף, צונעטשעפּעט: אַ לאַנגער הויכער נענער שוארץ" (ע 
לאַנג טאָלל נינראַ בלעק),. מען קען זעהן, אז דער געדאנק צוצו- 
ליינען אַז דער מערדער איז אַ שווארצער (און ניט קיין ברוינער, 
וי קאָנלי) איז קאָנלי'ן איינגעפאַלען, ווען ער האָט שוין געהאט 
אויפנגעשריבען די װוערטער ,אַ לאַנגער, הויכער נענער",. וען 
ער האָט דאָס זעלבע ווידער געשריבען אין דעם צווייטען צעטעלע, 
האָט ער דעם װאָרט שוין געשטעלט אויפ'ן ריבטיגען פּלאַץ: , דער 
לאַנגער הויכער שװאַרצער נעגער האָט דאָס אַליין געטאָן". 


כיטרע, געשייט אין קאָנלי געווען, הגם אלץ אויף זיין פּרי- 
מיטיווען, הילפלאָזען שטייגער איך האָב איהם געזעהן (אין 
פּריזאָן וואו מען האָט איהם נאָך דאַן געהאַלטען כלומר'שט פאַר 
זיין , זייטיגען אַנטײל? אין דעם מאָרד). די כיטרעקייט איז איהם 
געלענען אויפ'ן פּנִים -- די כיטרעקייט און דורכגעטריבענקייט 
פון אַ זעחר אונוויסענדען מענשען, 


זיין ,געדיכטע אונוויסענהייט? און פּרימיטיווע אונפאר- 
שטענדליכקייט האָט זיך אבויסגעצייגט דאַן, וװען עס האָט זיך 
געהאַנדעלט ווענען עפּעס אַ דעליקאַטע סיטואַציע, װאָס פאָדערט 
אַ מעחר אָדער וויינינער ענטוויקעלטען שכל,. אין באַצונ צו די 
איינפאַכע עגאָאיסטישע אינסטינקטען אין דער ווילדסטער מענש 
פון אפריקא כיטרע, און ניט זעלטען זעהר דורכגעטריבען; און 
דיזער נעגער, וועלכער איז געבאָרען געווארען אין אַן אַמעריקאַנער 
שטאָדט און אין אַ פּאָר יאהר גענאנגען אין סקו?, איז געוען 
כיטרער פאר דעם דורכשניטליכען נעגער. 


זיינע אינטערעסען האָט דזשים קאָנלִי באַשיצט מערקווירדינ. 
און אזעלכע פּראָװינציעלע דעטעקטיווס װווי די אַטלאנטער אין 
איהם ניט שווער געווען אויף א געוויסע צייט אָפּצונאַרען. דער- 
מאַנט זיך, וי אַזױ ער האָט זיי אָפּנענאַרט אזא לאַננע צייט, מאַ- 
כענדיג זיך אַז ער קען ניט שרייבען; וי פלינק ער האָט דעם 
אױיבען-דערמאַנטען דעטעקטיוו דזשאהן בלעק פאַררעדט די ציין, 
בעטענדיג א סינאַרעט ביי איהם, און וי דערביי האָט ער מיט 
איהם גענומען ריידען ווענען אַן אַנדער זאַך, ביז בלעק האָט פאַר- 
געסען זיין אייגענע פראַגע : אויב קאָנלי קען שרייבען. אויף זיין 


די פרענק דראַמא 21 


שטייגער אין ער געווען אַ נוטער אַקטיאָר, דיזער האַלב-װילדער 
נעגער. 

און פרענק האָט איהם נוט געקענט, װאָרים אַ חוץ דעם, װאָס 
קאָנלי האָט זיך שטענדיג אַרומגעדרעהט אין דער פּעקטאָרי, האָט 
ער זיך צו איהם אָפּט געװענדעט נאָך געלט און מיט פרענק'ס 
הילף האָט ער ביי אַ פּעדלער גענומען אַ זיינער אויף אויס- 
צאָהלען. 

היינט שטעלט זיך פאָר: אֶט דיזען דורכגעטריבענעם נגענער 
נעמט פרענק אַריין צו זיך אין אָפיס, זעצט איהם אַװעק ביי זיין 
דעסק און דיקטירט איהם צעטעלעך וװעגען דער מיידעל, װאָס 
ער, פרענק, האָט ערמאָרדעט ! 

אַזא זאַך װאָלט מענליך געווען נאָר דאַן, ווען פרענק װאָלט 
פון זינען אַראָפּ, 

און דער כיטרער נענער שרייבט טאַקע װי פרענק דיק- 
טירט איהם, ניט נאָר אַזאַ דורכנעטריבענער נעגער, נאָר אַ נענער 
אַ נולם װאָלט זיך ענטזאנט צו שרייבען אַזעלכע צעטעלעך. 

אויפ'ן טרייעל האָט קאָנלִי ניט געזאָנט, אַז ער האָט פרענק'ען 
נעשטעלט פראַנען איידער ער איז מרוצה געװאָרען צו שרייבען 
די צעטעלעך, אויך האָט ער דאָרטען ניט דערצעהלט, אַז ער 
האָט זיך ענטזאנט צו שרייבען די צעטעלעך און אַז פרענק האָט 
איהם אַזױ פאַרבלאָפט און פאַרדרעהט דעם מוח, דאָס ער, קאָנלי, 
האָט ניט געזעהן קיין געפאַהר פאַר זיך. ער האָט בלויז געזאָגט, 
אַז פרענק האָט איהם נעבעטען העלפען איהם אַרונטערטראָגען די 
ערמאָרדעטע מיידעל; אַז דערנאָך האָט ער איהם דיקטירט די 
צעטעלעך ; אַז ער האָט איהם געבעטען קיינעם ניט אױיסזאַנען, 
און דערביי האָט ער איהם פארשפּראָכען א דזשאב אין ברוקלין 
און איהם אַרויסצונעמען פון טראָבעל, אויב ער, קאָנלי, װועט 
דורך מערי'ס טויט זיין אין געפאַהר, א שעהנער גליק! און 
דער נעגער האָט דאָס אַלץ אָנגענומען און מיט זיין איינענער 
האַנדשריפט האָט ער געשריבען די מאָרד-צעטעלעך אוֹן געלייגט 
דעם חלף אויף זיין איינענעם האַלו.. 

לֿאָמיר זיך שוין אָבער פאָרשטעלען, אז פרענק אין אַזאַ 
אידיאָט, אז ער דיקטירט די צעטעלעך און אַז דער נענער אין 


49 בלעטער פון מיין לעבען 


אזא וויסטער גולם, אַז ער שרייבט טאַקע און פרעגט קיין קשיות 
ניט. אויב אַזױ, װאָלט פרענק דאָך יעדענפאַלס מורא נעהאַט 
איבערצולאָזען אויף די צעטעלעך דעם נעגער'ס נאַטירליכע האַנד- 
שריפט, טאָמער װועט מען סוף כ? פוף דערנעהן אז דאָס איז זיין 
שרייבען און מען װעט דעם נענער אַרעסטירען און ער װועט אויס- 
זאָנען פון חדר,,, ער װאָלט יעדענפאַלס טרייען צו פארשטעלען 
קאָנלי'ס האַנדשריפט, וי מען טוט געוועהנליך אין אַזא פאַל, ער 
װאָלט איהם, צום ביישפּיל, נעהייסען שרייבען מיט דער לינקער 
האַנט, אָדער ער, פרענק, װאָלט געהאַלטען דעם נענער'ס האנט און 
מיט איהר נעפיהרט דעם בליישטיפט.. פרענק האָט אַזֹי ניט 
געטאָן, ער האָט איהם איינפאַך געהייסען שרייבען מיט זיין 
געוועהנליכער האַנדשריפט און ער האָט נאָר ניט מורא געהאַט, 
טאָמער װעט מען געװואָר ווערען אַז דאָס אין קאָנלי'ס כתב.. 
װאָס פאַר אַ זין האָט דאָס איבערהויפּט צוֹ דיקטירען די 
מאָרד-:צעטעלעך דעם נענער, און האָבען אַ לעבעדינען עדות גע- 
גען זיך מיט אַ האַנדשריפט, וועלכע װאָלט איהם, פרענק'ען, נע- 
פיהרט צו דער תליה ? פון וועלכער זייט איהר זאָלט דאָס ניט 
באַטראַכטען, קומט אַלֵץ אויס אַ פּלאַן פון א ואַהנזינינען. 
באַטראַכט אויך די פאַלנענדע איינצעלחייט : ווען קאָנלי האָט 
ביים טרייע? נעשילדערט וי פרענק האָט איהם אַװעקנעזעצט ביי 
זיין דעסק צו דיקטירען איהם די צעטעלעך, האָט ער אַזױי דער- 
צעהלט; מיסטער פרענק האָט ביי מיר נעפרענט: קענסט שרי- 
בע ? און איך האָב נעענטפערט: 8אַביסעל?". צו װאָס האָט 
פרענק בעדארפט פרענען? ער האָט דאָך געוואוסט אז קֹאֲנלי 
קען שרייבען, ער האָט דאָך פון איהם באַקומען צעטעלעך מיט 
ביטעס איהם צו לייהען נעלט. און ער האָט דאָך נעזעהן וי 
קאָנלי האָט אונטערנגעשריבען דעם פּאַפּיר פאַר דעם פּעדלער. 
נאָך אַן איינצעלהיים: וי באַלד אַז פרענק'ס פּלאַן איז גע" 
ווען דעם קערפּער צו פאַרברענען אין דעם נרויסען אויווען װאָס 
איז נעשטאַנען אין קעלער, טאָ צו װאָס האָט ער בעדארפט די 
צעטעלעך 4 צו וואס איז איהם נויטינ געווען א האנדשריפט, 
װאָס איז אַזאַ זיכערער ווענווייזער פאַר דעטעקטיווס ? צו װאָס 
זיינען איהם נויטיג געווען צעטעלעך מיט קאָנלי'ן אַלס שרייבער, 


דו פרענק דראַמא 1238 


דאָס הייסט אלס א לעבעדיגער עדות אַז פרענק איז דער מערדער ? 
ער װאָלט קיין פייף ניט געטאָן, און קאָנלי'ן ניט ארויפגערופען. 
ער װאָלט דעם קערפּער אַליין װי עס איז אַראָפּגעפיהרט אין קעלער 
און איהם דאָרטען פאַרברענט, און אַ האָן װאָלט ניט געקרעהט. 


10 


איז דער מאָרד פּאַרגעקומען אויפץ צווייטען פּלאָר און דעם 
קערפּער האָט מען דערנאָך ארונטערגעפיהרט 
אין בייסמענט ? 


קאָנלי האָט דערצעהלט, אז דער מאָרד אין באַנאַנגען נע- 
װאָרען אויפ'ן צווייטען פלאָר, אויף דעם עטאַזש וואו עס האָט 
זיך געפונען פרענק'ס אֶפִיס. עס זיינען אָבער געווען שלאָגענדע 
באַװייזע, אז דאָס אין אַ לינען. 

ער האָט געשילדערט מיט מאַסען , רעאַליסטישע? איינצעל- 
הייטען, װוי פרענק האָט מיט זיין הילף דעם מת אַרונטערגע- 
יפיהרט אין בייסמענט. עס זיינען אָבער געווען שלאָגענדע באַי 
ווייזע, אז דער עלעװייטאָר אין יענעם שבת גאָרניט געגאַנגען, 
און דעם דייטליכסטען באַװייז דערצו האָט איבערנעלאָזען טאַקע 
קאנלי אַלֵיין. 

מיר מוזען ווידער קומען צו דעם אונאַנגענעמען ענין, װועל- 
כען מיר האָבען דערמאָנט, ריידענדינ וװוענען דער אונטערזוכונג, 
װאָס די דעטעקטיווס האָבען נעמאַכט אין דעם בייסמענט זונטאָג 
פאַרטאָג, אין דעם עלעװייטאָר-, שעפט" האָבען זיי געפונען 
אַ סימן, אז אימיצער האָט דעם פּלאַץ געברויכט פאַר אַ 
טאילעט (זעה אויבען, פּיידזש 361),. נו, אױױיף פרענק'ס 
טרייעל האָט קאָנלי דערצעהלט, אַז ער, קאָנלי, אין דאָס דער 
אימיצער, ער האָט דאָס געטאָן יענעם שבת אין דער פריה אין א 
שיכור'ן צושטאַנד, האָט ער געזאָגט. דאָס האָט ער דערצעהלט 
אין אַ פּלאָנטער פון אמת'ע און ליגנערישע איינצעלהייטען, מיט 
וועלכע ער האָט איבערנענעבען וי אַזױ ער האָט פארבראַכט יע- 
נעם טאָג, און פּונקט װוי ביי די צעטעלעך, האָט ער ניט פאַר- 
שטאַנען, אז זיין האַנדשריפּט איז דער בעסטער עדות גענען איהם, 
אַזױ האָט ער איצט ניט פאַרשטאַנען, אז דער סליאַד, װאָס ער 


454 בלעמער פון מיין לעבען 


האָט איבערנעלאָזען אין דעם עלעװייטאָר-, שעפט" איז דער בעס- 
טער עדות גענען איהט. 

דער עלעװוייטאָר פון דער פּענסי? פּעקטאָרי אין ניט געווען 
פון די נייעסטע און ער איז ניט געווען צוגעריכט אויפ'ן בעס- 
טען שטיינער, ווען ער פלענט זיך אַראָפּלאָזען אונטען און 
פלענט צוקומען צו דעם גרונט פון זיין , שעפט", דאָס הייסט 
צו דער פּאָדלאָנע פון דעם קעלער, פלענט ער געבען אַ פאַפ 
אַראָפּ, מיט אַ הויכען קלאַםּ, ווען דער עלעװייטאָר װאָלט דאַן, 
שבת בײיטאָג, דערגאַנגען צום בייסמענט, װאָלט ער דעריבער צו- 
קוועטשט דעם , סימן" װאָס קאָנלי האָט נאָך זיך געלאָזען אין 
דער פריה. און די דעטעקטיווס האָבען דריי אוהר זונטאָג פאַר- 
טאָג דעם דאָזינען סימן געפונען ניט צושטערט. 

עטליכע שעה שפּעטער זיינען די דעטעקטיווס דאָר- 
טען װוידער געווען. דיזען מאָל זיינען זיי צום בייסמענט אַרוו- 
טערגעפאהרען אויפ'ן עלעװייטאָר, און דאַן האָט עס ווירקליך פּאַ- 
סירט,. ווען דער עלעװייטאָר האָט דערגרייכט דעם קעלער, האָט 
זיך פֿאַרשפּרייט אַן אנאַנגענעמער גערוך. קאָנלי'ס , סימן" 
איז צוקוועטשט געווארען. וען דער עלעװײיטאָר װאָלט נע- 
גאננען צום בייסמענט שבת בײטאָג, וי קאָנלי האָט באַהױפּטעט, 
װואָלט דאָס פאַרגעקומען דאַן, און זונטאָג פאַרטאָג, ווען דעטעק- 
טיווס האָבען באַקוקט דעם , שעפט" צום ערשטען מאָל, װאָלט 
דאָס קענטיג געווען. 

עס זיינען געווען נאָך באַװייזע, אז דער עלעװייטאָר אין 
שבת אַבסאָלוט ניט גענאַנגען. עס זיינען געווען גוטע עדות ווע- 
נען דעם, און די וויכטיגסטע זיינען געווען די אויבען-דערמאַנטע 
צוויי ארבייטער, װאָס האָבען שבת געארבייט אויפ'ן פּלאָר (דער 
מאַן פון מיסעס ווחייט און זיין מיטאַרבייטער). אויפ'ן פערטען 
פּלאָר חאָבען זיך געפונען די רעדער פון דעם עלעװייטאָר. ווען 
דער עלעװוייטאָר פלענט געהן, פלעגען די רעדער סקריפּען און 
רוישען, און די פּאָדלאָנע פלעגט ציטערען. זי זאָלען דאָס 
ניט באַמערקען איז געווען אונמעגליך. אויף מאָרגען, ווען די 
שטאָדט האָט געקאָכט מיט דעם מאָרד, אין אין זייער זכרון 
געווען פריש יעדע איינצעלחייט, װאָס זיי האָבען באמערקט יענעם 


דו פרענק דראַמא | 5 


שבת. נו, האָבען זיי אויפ'ן טרייעל עדות-געזאָגט, אַז דער עלע- 
װייטאָר איז יענעם שבת ניט געגאַנגען. 

ווען איך בין געווען אין אַטלאַנטא און האָב באזוכט די 
פּענסי? פעקטאָרי, האָט מען מיך גענומען אויפ'ן עלעװייטאָר פון 
דעם פערטען פלאָר ביז'ן בייסמענט און איך האָב זיך ערקונ- 
דינט וועגען אַלץ װאָס דאָ איז געזאָגט געווארען. 

ווען מען װאָלט דעם קערפּער אַרונטערגעפיהרט אין עלעוויי- 
טאָר, װאָלט דאָרטען געווען בלוט, און קיין בלוט האָט אַפילו 
בעררעטט דאָרטען ניט געפונען. 

די וואונד, װאָס מען האָט געפונען ביי מערי'ן אין קאָפּ, איז 
געווען אַזא פון וועלכער עס געהט אַ סך בלוט. פילע צעהנדלינער 
טראָפּענס װאָלטען גערונען, און ניט בלויז אַ טייל פון אַ טראָפּען. 
אין גאַנצען אויסװואַשען יעדען סליאַד פון בלוט װאָלט ניט לייכט 
געווען, און אַפילן די טייל פון דעם טראָפּען, װאָס בעררעטט 
האָט געפונען מאָנטאָג אין דער פריה לעבען דעם דרעסינג"רום, 
האָבען די דעטעקטיווס אויך ניט געזעחן, ווען זיי האָבען די פעק" 
טאָרי באַקוקט זונטאָג פאַרטאָג און עטליכע שטונדען שפּעטער. 

* *ִ ט 


נאָך אַ װאָרט וועגען די באַרימטע זיבען האָר. דער סאָלי 
סיטאָר-דזשענערא?ל האָט געבראכט מיידלעך אלס עדות, אז עס 
אין מערי'ס האָר, סיר האָבען שוין באַמערקט, אן אין אַזאַ 
פּאַל גיט מען די האָר איבער צו אַ כעמיקער, אַ ספּעציאַליסט, 
אַז ער זאָל זיי אונטערזוכען אונטער א מיקראָסקאָפּ, אויף א וי" 
סענשאַפטליכען שטיינער. פארװאַס-זשע האָט דאָס דאָרסי ניט 
נעטאָן? פאַרװאָס האָט ער זיך באַנוגענט מיט דער מיינונג 
פון נעוועהנליכע מיידלעך ? מיר בעטען דעם לעזער דיזע פראַגע 
צו האָבען אין זינען, װאָרים שפּעטער וועלען מיר אויף איהר 
האָבען אַן אינטערעסאַנטען און העכסט ויכטיגען ענטפער. 

דער שטאָדט-דאָקטאָר, װאָס האָט אונטערזוכט דעם קער- 
פּער פון דער ערמאָרדעטער מיידעלע, האָט באַריכטעט, אז בשעת 
מען האָט דעם קערפּער געשלעפּט איבער דער פּאַדלאָגע פון דעם 
בייסמענט האָט זי נאָך געאָטעמט, גע ?עב ט. טיף אין מויל 
און אין נאָז האָט זי אַריינגעאָטעמט קוילען-שטויב. דאָס אין 


496 | בלעטער פון מוין לעבען 


ווידער א באַוייז, אַזן די מעשה, דאָס קאָנלי האָט די מי- 
דעלע געפונען אין דעם מעטא? צימער, לינענדיג א טויטע, אין 
געווען א לינען. 

דער דאָקטאָר האָט בלויז באַריכטעט אַז זי האָט געאָטעמט. 
עס זיינען אָבער אויך נעווען באַװוייזע, אַז זי האָט געשריען, 
און אַז דער מערדער האָט איהר קול פאַרשטיקט מיט דעם 
װאָס ער האָט איהר נעזיכט איינגעגראָבען אין די קוילען-שטויב, 
װאָרים דער פּנים איז ביי איהר געווען באדעקט און דורכנע- 
גריבעלט מיט דעם קוילען-שטויב. קאָנלי אין מיט דעם בייס- 
מענט געווען נוט באקאנט, ער פלענט דאָרטען אָפט פארברענ- 
גען מיט זיינע חברים -- עטליכע יוננע נענערס, װאָס האָבען 
געארבייט אין דער פּענסיל פּעקטאָרי. זיי פלעגען דאָרטען טרינ- 
קען ביר צוזאמען, שפּילען אזא נעים. דאָס אַליין װאָלט נאַטיר- 
ליך ניט נעווען קיין באַװייז, אַז דער מאָרד אין באַנאַנגען גע- 
ווארען אין בייסמענט,. סיט די ווייכטינסטע באַוייזע שטימט 
דאָס אָבער. עס ניט צו דייטליכקייט צו דער נאַנצער געשיכטע, 
און דאָס װאָס קאָנלי פלענט אָפט נגעברויכען די הינטער-טיר פון 
דעם בייסמענט צו אַנטלויפען פון זיינע בעל-חובות, האָט א איןנ- 
טערעסאַנטע שייכות צו דעם פאַררוקער, וועלכען מען האָט נע- 
פונען אפּנעבראַכען. 

17 
פאַרשידענע פּונקטען. 

קאָנלי האָט דערצעהלט, אז בשעת ער איז ארויפנעקומען צו 
פרענק'ען, האָט ער איהם געפונען שטעהענדינ מיט א פאַננע 
שטריק אין האַנט. דערנאָך, ווען קאָנלי אין אַריין אין דעם 
מעשאַל-צימער, האָט ער דאָרטען נעפונען מערי פיינען א טויטע, 
אַ דערװאָרגענע, מיט אַ שטריק אַרום האַלז. צו װאָס-זשע האָט 
פרענק נעהאַלטען א צוייטע שטריק? טאָמער איז די סיידע? 
נאָך ניט טויט, זאָל ער איהר נאָך אַמאָל דערווערנען? מען 
זאָנט אַז אַ ליננער האָט אַ קורצען זכרון. דערצעהלענדינ זיין 
,רעאַליסטישע? מעשה, חאָט קאָנלִי זיך פֿאַרנעסען, אַז ער װועט 
באַלד דאַרפען זאָנען, אז מערי האָט שוין געהאָט אַ שטריק אַרום 


דו פרענק דראַמא 427 


איהר האַלז און ער האָט אַריינגענעבען די , רעאַליסטישע? איינ- 
צעלהייט: פרענק שטעהט ציטערענדיג און קלאַפּענדיג א צאָהן 
אָן אַ צאָהן און האַלטענדיג אַ שטריק אין האַנט, 

ניכער פון אַלץ האָט מיט קאָנלי'ן דאָ פּאַסירט דאָס פאָל- 
גענדע;: אין דיזען מאָמענט האָט ער נעמיינט צו דערצעהלען, 
אַז מיט דער שטריק װאָס פרענק האָט נעהאַלטען אין האַנט האָט 
ער (פרענק) אַקאָרשט דערװאָרגען די מיידעל; און דערנאָך האָט 
ער דאָס פאַרגעסען און ער האָט געזאָנט, אז די שטריק אין נע- 
כֿענען אַרום דער האַלז פון דער דערװאָרגענער מיידעל, 

* 8 8 

קאָנלי האָט ביים טרייעל נעזאָגט, אז ער האָט דעם קערפּער 
איינגעוויקעלט אין בעד-טיק. וי קומט אָבער בעד-טיק איז דער 
פּענסי? פעקטאָרי? סיט די כבעסטע עדות אין באַװיזען גע- 
װואָרען, אז דאָרטען אין קיין מאֶָל אזעלכעס ניט געװען. אין 
אַ פריהערדיגען סטייטמענט האָט קאָנלי נאָר געזאָנט, אז ער האָט 
דעם קערפּער אריינגעליינט אין אַ קראַקוסענעם זאק. אָבער אַ 
קראקוסענער זאק איז צו קליין פאַר אַזאַ קערפּער. 

8 גט ג; 


ביים טרייע? האָט פרענק'ס לְאִיער קאָנלי'ן געבעטען ער 
זאָל אָנווייזען אויף אַ פריהערדינען שבת, ווען פרענק האָט אין 
זיין אָפּיס פאַרבראַכט מיט אַן אונאַנשטענדינער פרוי, און ער, 
קאָנלי, האָט אונטען נעהיט. האָט ער אָנגערופען דעם פאָרינען 
טהענקס-ניווינג דעי*); און ער האָט צונעלייגט די ,רעאַליסטישע" 
איינצעלהייט, אַז די אונאנשטענדינע , ליידי" האָט געטראָנען וויי- 
סע זאָקען און ווייסע שיך, זי איז געווען געקליידט עכט זומער- 
דיג, הייסט עס. : 

יענער טהענקסגיווינג דעי אין אָבער נעווען דער קאַלט- 
סטער טאָג און דאַן איז געגאַננען דער גרעסטער שנעע, װאָס 
אטלאנטא האָט וען עס איז געהאַט. 

פון דער אַנדערער זייט איז באַוויזען געװאָרען, אַז פרענק 

*) אַ מאָג פון דאנק-זאַגונג, אן אַמעריקאַנער ניט-רעליגיעזער יום 
מוב, וועלכער ווערט געפויערט דעם לעצטען דאָנערשטאָג און נאָעמבער. 


1238 בלעטער פון מיין לעבען 


האָט דאַן דעם נאַנצען פאָרמיטאָג בין צוועלף א זיינער געאר- 
בייט אין זיין אֶפיס צוזאמען מיט זיין אסיסטענט און מיט זיין 
סטענאָגראפיסטקע, און אַז צוועלף אַזיינער אין ער אַװעקגעגאנגען 
צוזאמען מיט אַן אַנדער יונגען מאַן, טראָגענדיג מיט זיך פּעקלעך 
פאַר אן אונטערהאלטונג, וואס אין פאָרגעקומען יענעם אבענד 
פאַר אַ פילאַנטראָפישען צוועק, 

אין אַלֶע זיינע פריהערדיגע סטייטמענטס האָט קאָנלי דיזע 
טהענקס-ניווינג דעי ,הוליאנקע? גאָרניט דערמאַנט, איצט האָט 
ער דאָס דערצעהלט צום ערשטען מאָל, 

+* א * 

לויט קאָנלי'ס באַהױפּטונג, זיינען די צוויי ארבייטער מייך- 
לעך, עממא קלאַרק און קאָרינטהיא האָלל, אַריינגעקומען אין 
פרענק'ס אָפִיס צוואנציג מינוט נאָך איינס. זיי אַליין האָבען 
אָבער עדות געזאָגט, אַז דאָס איז געווען מיט דריייפערטע?ל שטונדע 
פריהער, א חוץ דעם : פרענק'ס אֶפִיס האָט זיך געפונען אויף 
אַזאַ פּלאַץ, אַז ווען עס װאָלט איהם מענליך געווען צו דערזעהן 
וי זיי קומען, װאָלט שוין געווען צו שפּעט קאָנלי'ן צו פאַר- 
שליסען אין שראַנק, איידער קאָנלי װואָלט אַרין אין שראַנק, 
װאָלטען די מיידלעך שוין נגעווען אין אֶפיס, 

אַז עממא קלארק און קאָרינטהיא האָלל זיינען נעקומען צו 
פרענק'ען נאָך זייערע ויידזשעס איז אויך נעשטאַנען אין די 
צייטוננען, פּונקט װי דאָרטען איזן געשטאַנען דער נאָמען פון 
מאַנטין סטאָואווער און פון אַנדערע ארבייטערינען װאָס זיינען 
יענעם שבת נעקומען נאָך זייערע ויידזשעס. פון די צייטונגען 
האָט קאָנלי, אלזאָ, גענומען דיזען מאַטעריאל און צו דעם האָט 
ער צונעפיקסט די , רעאַליסטישע" מעשה, וי פרענק האָט אויס- 
געשריען , גאָט מיינער, אָט געהט עממאַ קלאַרק און קאָרינטהיא 
האָלל !7 און איהם פארשלאָסען אין שראַנק. 

+* * א 

ביים טרייעל האָט מען ביי קאָנלי'ן נעפרעגט, אויב אימי- 
צער האָט ווען עס איז געהערט וי פרענק הייסט איהם ואַטשען 
די נאַס-טיר פון דער פעקטאָרי בשעת ער װעט האָבען אַ פרוי 
אין זיין אֶפִיס. קאָנלי האָט געענטפערט, אז דער נעגער נאָך- 


דו פרענק דראַמא 49 


דאָן ביילי, זיין חבר, האָט דאָס געהערט עטליכע מאָל. אין 
מאָל איז דאָס געווען דעם טאָג פאר טהענקסניוויננ-דעי. איין 
מאָל --- עטליכע טעג נאָך ניידיאָהר. דאַן האָט פרענק איהם גע- 
זאָגט אַז ער, קאָנלי, װועט דערפאר באַקומען א שעהנע באַפרי- 
דינונג. דאָס אַלץ האָט פרענק איהם געזאָגט בשעת ביילי אין 
געשטאַנען דערביי ; און דער יונגער מאַן מיט די צוויי ליידים" 
זיינען טאַקע געקומען. דאָס איז געווען, װוי געוועהנליך, אין אַ 
שבת, פון האַלב נאָך 2 ביז 8 אַזיינער, אַ דריטער סאָל, ווען 
פרענק האָט איהם געהייסען מאָרגען {שבת) ,װאַטשען? די טיר, 
ווען ער װעט האָבען א , ליידי", איז געווען אין א געוויסען טאָג, 
נאָהענט צו ווינטער. ער, קאָנלי, האָט דאַן געראַמט דעם 4טען 
פלאָר, איז ער צו איהם צונענאַנגען און מיט איהם גערעדט וע- 
גען דעם, און דער נינער גאָרדאָן ביילי אין געשטאַנען דערביי. 

האָבען פרענק'ס פארטיידיגער דערנאָך צום טרייעל נעבראַכט 
נאָרדאָן ביילי'ן, און יענער האָט אַבסאָלוט געלייקענט, אַז ער 
האָט װען עס איז געהערט אַז פרענק זאָל צו קאָנלי'ן זאָנען 
אַזעלכעס. אויך האָט ער ערקלערט, אַז ער האָט קיין מאָל ניט 
געזעהן אַז קאָנלי זאָל װאַטשען די טיר; אויך האָט ער עדות 
געזאָנט, אַז ער האָט קיין מאָל ניט געזעהן אַז פרענק זאָל האָבען 
אונאַנשטענדינע פרויען אין זיין אֶפיס, 

ווען מ'האָט ביי איהם נעפרעגט, אויב אימיצער האָט צוגעהערט 
די דאָזינע געשפּרעכען צווישען פרענק'ען און איהם, אויב ער 
קען דאָס באַשטעטינען מיט אַן עדות, האָט ער גלייך אַ זאָג געטאָן 
אַז יאָ. און אַלס עדות האָט ער אָנגערופען זיין חבר ביילי'ן. אַי 
װאָס וועט ביילי זאָגען ? האָט ער אויף דער הייסער מינוט קיין 
צייט ניט געהאט צו טראַכטען. עהנליכעס אין געװען ביי אנ" 
דערע פראַנען וואס מען האָט איהם געשטעלט. ער האָט גלייך 
גענגעבען אַן ענטפער, און נאָך מיט איינצעלהייטען. ביים טרייעל, 
אָדער פריהער, ווען ער האָט די דעטעקטיווס נעמאַכט זיין פערטען 
סטייטמענט, האָט ער זיך נעפיהלט אַלס אַ תקיף, אַ ליבלינג פון 
דער פּאָליציי און פון דעם סאָליסיטאָר-דזשענעראל, --- א מענש, 
וועמען זיי איז וויכטיג צו באַנוצען. אַלזאָ װעט שוין זיין יעדער 
ליגען װי עס איז רעכט ווערען, | 


440 בלעטער פון מיין לעבען 


13 2 8 

ביים טרייעל האָט קאָנלי דערצעהלט וי אַרום צעהן אוהר אין 
דער פריה, אין דעם שבת פון דעם מאָרד, האָט ער זיך מיט 
פרענק'ען געטראפען אויפ'ן נאָס, ביים קאָרנער (ראָג) נעלסאָן 
און פאָרסייטה סטריט, און אַז די דאָזינע באַגעגעניש האָט פרענק 
באַשטימט מיט א טאָג פריהער -- אָפּנעמאַכט מיט איהם אַז 
ער זאָל איהם דארטען אָפּווארטען אין אַזאַ און אַזאַ צייט, 

אין זיין פערטען סטייטמענט האָט קאָנלי געזאָגט, אַז זיי 
האָבען זיך דאָרטען געטראפען דורך א צופאַל, 

אַז פרענק זאָל שטעהן מיט קאָנלי'ן און שמועסען אוים'ן 
גאַס --- דאָס איז נגעווען אַזאַ אונגעוועהנליכע זאַך, אַז עס אין 
וויכטיג געווען קאַנלי'ס באַהויפּטוננ צו באַשטעטינען מיט א װוי- 
סען עדות. האָט דאָרסי אַזא עדות געפונען. אַ ווייסע פרוי 
האָט דערצעהלט, אַז זי האָט דאַן פרענק'ען און קאָנלי'ן געזעהן 
װוי זיי שטעהען און ריידען אויף יענעם קאָרנער,. אָבער אלץ 
װאָס זי האָט נעקענט זאָנען, איז, אַז דער ווייסער איז געווען אַ 
איד. פון װאַנען ווייס זי דאָס? האָט זי אויף דיזער פראַנע 
געענטפערט, אַז דער ווייסער אין געשטאַנען גאַנץ נאַהענט צו 
דעם נענער, און אַ וייסער קריסט װאָלט אַזױ נאַהענט צו אַ 
שװואַרצען ניט נעשטאַנען. דאָס איז געװען איהר איינצינער 
באַװייז, אַז פרענק האָט נעשמועסט מיט קאָנלי'ן אוים'ן גאַס, 

* א א 

איינע פון די סקאַנדאַליעזעסטע ,ביזנעס", װאָס די דע- 
טעקטיווס האָבען אָפּנעטאָן איז געווען שייך צו דער פראנע אויב 
קאָנלי קען שרייבען. סיר האָבען שוין אויבען נעזעהן, וי דעם 
פאַקט, אז ער קען שרייבען, נאָך דעם וי ער האָט אַזױ שטאַרק 
געלייקענט, אַז ער קען האַלטען אַ פעדער אין האַנט, האָט די 
פּאַליציי אַרױיסנענעבען אלס איה ר ענטדעקונג. דערנאָך אין 
זי נאָך געגאנגען ווייטער: זי האָט נעמליך ערקלערט, אז פרענק, 
וועלכער האָט געוואוסט, אז קאָנלי קען שרייבען, האָט זיך גע- 
מאַכט ניט וויסענדיג וועגען דעם. דאָס הייסט, אַז ער האָט דאָס 
פאַרבאָרגען כדי מען זאָל ניט קענען דערגעהן, אַז ער האָט קאָנ- 
לי'ן דיקטירט די מאָרד-צעטעלעך ! 


דו פרענק דראַמא 241 


מיר האָבען אויבען דערצעה?ט וי אזוי דער דעטעקטיוו בלעק 
איז געקומען צו הערבערט שיף'ען, פרענק'ס אַסיסטענט, און ביי 
איהם נעפרענט אויב קאָנלֵי קען שרייבען ; וי ער האָט געזאָגט, אַז 
ער גלויבט אַז יאָ; װי דער סיילסמאַן גודהיימער איז אַריבער- 
געפאָהרען צו פרענק'ען אין פּריזאָן ; װי פרענק האָט געזאָגם: 
, געוויס קען ער שרייבען. איך האָב געמיינט או מען האָט זיין 
האנדשריפט שוין לאַנג פאַרנליכען מיט דעם שרייבען אין די 
צעטעלעך". און װי ער האָט זיי אָנגעװויזען אויף אַ פּעדלער, 
װאָס האָט קאָנלי'ס אַ קװיטאַנציע. 

בשעת איך בין געווען אין אטלאנטא, האָב איך ווענען דיזען 
פּונקט גערעדט מיט שיף'ן און ער האָט מיר אַלץ איבערגעגעבען 
מיט א סך איינצעלהייטען, אויך האָט פרענק מיר דערצעחלט וי 
אַזױ דאָס איז געווען. אַלץ איז געווען אזוי פעסטנעשטעלט און 
אַזױי איבערצייגענד, אַז די פּאָליציי'ס פּרעטענזיע אין פּשוט גע 
ווען אַ הימעל-שרייענדע חוצפּה. 

* א א 

קאָנלי האָט נעזאַנט, אז פרענק האָט איהם דערצעחלט וי ער 
האָט מערי'ן גענעבען אַ זעץ און זי איז געפאלען אויף אַ טאָק- 
מאַשין אין דעם מעטאַל צימער און פון דעם אין געװאָרען די 
וואונד ביי איהר אין קאָפּ, אָבער די וואונד איזן געװען אַ 
לֿאַנגער, טיפער שניט װי פון אַ מעסער, און אויף יענער מאַשין 
װאָלט זי דאָס ניט געקענט באַקומען. צווייטענס, אין יענע מאַ- 
שין געווען ה עכ ע ר װוי מערי פיינען, וועלכע איז געווען ברייט 
און פעסט נעבויט אָבער נידריג געװאַקסען. 

א * א 

אַז עס איז איהם שווער געווען צו טראָגען דעם קערפּער און 
ער האָט איהם אַראָפּגעװאָרפען --- דאָס האָט קאָנלי פריהער נאָר- 
ניט דערצעהלט. ערשט דאַן, ווען מען האָט איהם געזאָגט, וואן 
בעררעטט האָט נעפונען א בלוט-פלעק, האָט ער (קאַנלי) אַריינגע- 
נעבען די , איינצעלחייט?, אַז ער האָט געמוזט דעם קערפּער לאָזען 
אַראָפּפאַלען. און וואו איז דאָס געווען? פּונקט דאָרטען וואו 
בעררעטט האָט געפונען אַ בלוט-פלעק. 

אָנגעשטעלטע פון דער פּענסי? פּעקטאָרי האָבען עדות גע" 


249 בלעטער פון מוין לעבען/ 


זאָגט, אַז קאָנלי איז מייסטענס געווען האַלב באַזױפֿען, אַז אַ פּאָר 
מאָל האָט מען איהם געפונען ליגענדיג טויט-שכור אויף איינעם 
פון די קאָרידאָרען פון דער פּעקטאָרי און אַז ער איז עטליבע מאָל 
געווען אַרעסטירט פאַר זיין שכור אין סטריט. ביי צװואַנציג פּער- 
זאָן האָבען עדות געזאָגט, אַז ער אין א פֿאַרדאָרבענער מענש, 
אַ גרויסער הולטאַי און אַ נרויסער ליננער, און נעגערס וועלכע 
האָבען איהם נוט געקענט, האָבען עדות געזאָגט, אַז װאָס ער זאָגט, 
קען מען ניט גלויבען. 


פון דער אַנדערער זייט האָבען פארשידענע מענשען, אָנגע- 
זעהענע ביזנעס לייט, פּראָפּעסאָרען, ביי וועמען פרענק האָט גע- 
שטודירט, אַלערלײ מענשען װאָס האָבען איהם גוט געקענט, ווע" 
גען איהם גערעדט מיט דעם טיפסטען רעספּעקט אַלס אן עהרענ- 
האַפטען, העכסט אנשטענדיגען און סימפּאַטישען מענשען. 

* * 8 


און אָט איז אַ סעמפּעל פון די עדות-זאָגעריי פון געוויסע דע" 
טעקטיווס. עס האָט זיך געהאַנדעלט ווענען דער פראַנע: װאָס 
איז געווען פרענק'ס אַנטװאָרט, ווען מערי פיינען האָט ביי איהם 
געפרענט, אויב עס אין שוין דאָ מעטאַל און צי זי קען מאָנטאָנ 
ווידער קומען צו דער אַרבײיט, לויט דעם, וי קאָנלי האָט דער" 
צעהלט, האָט פרענק איהר געענטפערט: ,איך וייס ניט, לֹאָמיר 
געהן זעהן". 

דאָס חייסט, ער האָט אומישנע אַזױ נגעענטפערט, כדי איהר 
אַרינצונאַרען אין דעם מעטאַל צימער, אויף אַזא אַרט האָט ביים 
טרייעל אויך עדות געזאָגט דעטעקטיוו סקאטט, 

מיט אַ געוויסער צייט פריהער האָט סקאַטט זיין עלטסטען 
באַריכטעט אזוי ; | 

,פרענק זאָנט, אַז מערי פיינען האָט ביי איהם נעפרענט 
אויב עס איז שוין דאָ מעטאַל, און אַז ער האָט געענטפערט, אַז 
ניין" 

ווען דער זעלבער סקאַטט איז געווען אן עדות אויפ'ן טרייעל 
האָט ער דאָס זעלבע איבערגעגעבען גאַנץ אַנדערש: 


דו פרענק דראַמא 8 


,זי האָט ביי פרענק'ען נעפרעגט אויב עס איז שוין דאָ מע- 
טעאַל און פרענק האָט געזאָגט 'איך ווייס ניט"" 

ווען פרענק'ס לְאִיער האָט סקאטט'ן דערמאָנט, אַז פאַר דער 
פּאַליציי האָט ער באַריכטעט, דאָס פרענק'ס אַנטװאָרט אויף 
מערי'ס פּראַנע איז גאָר געווען , ניין" און ניט , איך ווייס ניט", 
האָט סקאַטט געענטפערט אַז מיט'ן ,ניין" האָט ער געמיינט , איך 
ווייס ניט", אַז דאָס איז געווען נאָר אַ גראַמאַטיקאַלישער גרייז. 

אַ מאָדנער מין גראַמאַטיק ! 

אי אָן דיזען ,, נראַמאַטיקאַלישען גרייז" ווענדט זיך די פראַ- 
נע, צי פרענק האָט די מיידעלע אַריינגענאַרט אין דעם מעטאַל? 
צימער, און איהר דאָרטען ערמאָרדעט ? דאָס איז פאַר סקאַטט'ען 
ניט געווען וויכטיג. וויכטיג איז פאַר איהם נאָר געווען דער פאַקט, 
אַז פאַר דער פּאַליציי איז נויטיג געווען, אז פרענק זאָל האָבען גע- 
זאָגט ניט , ניין" נאָר ,איך ווייס ניט". 

8 א -* 


זאָנדערבאַר איז אויך די סיסטעם פון סיגנאַלען, וועגען 
וועלכע פרענק האָט אָפּנעמאַבט מיט קאָנלי'ן (לויט קאָנלי'ס עדות- 
זאָגעכץ): אַ טופּע מיט'ן פום איז אַ סיגנאַל, אַז קאָנלי זאָל אונ- 
טען צושליסען די טיר פון דער פּעקטאָרי און קיינעם ניט אַרינ- 
לאָזען; אַ פייף -- אַ סיגנאַל ער זאָל די טיר צוריק עפענען. 
איצט באטראכט וי פרענק האָט דיזע סיננאַלען געברויכט בשעת 
ער איז באגאַנגען דעם מאָרד. א געוויסע צייט נאָכדעם, וי 
קאָנלי האָט געהערט די מיידעל'ס געשריי און ער איז אַנדרעמעלט 
געװאָרען, האָט פרענק אַ טופּע געטאָן מיט'ן פוס. באַלד נאָכדעם 
האָט ער גענעבען אַ פייף. דאן האָט קאָנלי די טיר געעפענט און 
ער איז אַרויפגעקומען צו פרענק'ען. דאָרטען האָט ער איהם גע- 
פונען ציטערענדיג און מיט א שטריק אין האַנט. די מיידעל איז 
שוין געווען ערמאָרדעט, אָבער נאָך ניט באַזייטינט. זי אין 
נאָך געלעגען אין דעם מעטאַל צימער. אויב אַזױ, טאַ װאָס האָט 
פרענק זיך געאיילט אַ פייף צו טאָן? האָט ער געװאָלט אז איצט 
זאָל יעדער קענען אַריינקומען און זעהן די ערמאַרדעטע און 
איהם, פרענק'ען, מיט אַ שטריק אין האַנט? 


44 בלעטער פון מיין לעבען 


18 


ווען האָט פרענק ,ערמאָרדעט" די מיידע?? -- וואו איז 
ער געווען פינף מינוט נאָך 12? -- וואו איז ער געווען 
ביז 20 מינוט נאָך 2 ? 


דאָ וועט זיך האַנדלען וועגען אונטערשיידען פוֹן עטליכע אָדער 
פון אַ צוויי, דריי מינוטען. דער לעזער װועט זיך טראַכטען: וי 
איז דאָס מענליך, אַז מענשען זאָלען געדענקען אויף דער מינוט, 
ווען אַ געוויסע זאַך איז פאָרנגעקומען ? אָבער ערשטענס זיינען 
די אמעריקאנער אין אזעלכע זאכען א סך פּינקטליכער ווי מיר 
אידען פון דער אַלטער היים, צווייטענס, ווען אַן איינדרוקספולע 
פּאַסירונג איז ענג פאַרבונדען מיט אַ באַשטימטער צייט אוים'ן 
זיינער, דאַן נעדענקט דאָס יעדער אויף דער מינוט. צום בי" 
שִפּיל : פּונקט צוועלף אוהר פייפט מען אויף מיטאָג אין די פאָב- 
ריקען און אויב מיט אַן אַרבייטער האָט דאַן עפּעס פּאַסירט, גע- 
דענקט ער גענוי, אז דאָס איז געווען א פּאַר מינוט נאָך דעם פייף, 
למשל, 
מערי פיינען איזן יענעם שבת ארייננעקומען אין פרענק'ס 
אָפִיס איינינע מינוטען נאָך צוועלף אוהר, וויפיל? מינוטען? אי- 
בער דיזער פראַנע איז צווישען סאָליסיטאָר:דזשענעראַ? דאָרסי 
און פרענק'ס לאָיערס פאָרגעקומען אַ העפטינער שטרייט, אָן דעם 
האָט זיך געווענדעט אַ פראנע, וועלכע איז געווען זעהר וויכטינ. 
דאָרסי איזן געווען זיכער (אַזױ האָט ער נע'טענה'ט פאַר דער 
דזשורי), אַז מערי איז אַריינגעקומען צווישען צוויי מינוט נאָך 
צוועלף און פינף מינוט נאָך צוועלף. פרענק'ס לאִיערס, ווידער, 
האָבען ערקלערט, אז עס איז דאַן געווען וייניגסטענס צוועלף 
מינוט נאָך צוועלף, 
לויט קאָנלי'ס באַהױפּטונג איז אויסגעקומען אז דאָרסי אין 
גערעבט. 
דאָס וויכטיגסטע איז דערביי איינענטליך געווען ניט אזי 
די מינוט, ווען מערי פיינען איז אַריינגעקומען, וי די מינוט ווען 
אַהין איז ארייננעקומען אַן אַנדער ווייסע ארבייטער-מיידעל -- 
די אויבען-דערמאַנטע מאַנטין סטאָואווער, וועלכע איז אוים'ן 


די פרענק דראַמא 245 


טרייעל געווען אַן עדות פון דאָרסי'ס צד. מיסס סטאָואווער 
האָט געמאַכט אַ גוטען איינדרוק. מען האָט געזעהן, אַז זי אין 
אַן אנשטענדיג, אָרענטליך קינד, און אז וואס זי זאָנגט איז אמת, 
אַזאַ נוטען איינדרוק האָט דער נעגער קאָנלי ניט געקענט מאַכען, 
האָט דאָרסי אויף איהר עדות-זאָגען געלייגט די גרעסטע געוויכט, 
מיט דיזער ווייסער מיידעל האָט ער געזוכט צו באַשטעטינען 
װאָס זיין שװואַרצער הויפּט-עדות האָט דערצעהלט. 

מאָנטין סטאָואווער איז געווען זיכער, אז זי אי אריינגעקו- 
מען אין פרענק'ס אִפיס (אויך נאָך וויירזשעס) פּונקט פינף מינוט 
נאָך צוועלף און דאָרסי האָט אין געריכט אויסגעדריקט אַ פעסטע 
איבערצייגונג, אַז מיסס סטאָואווער איז אין אֶפִיס געקומען דער- 
נאָך, ווען מיסס פיינען האָט דעם צימער שוין געהאַט פאַרלאָזען. 

ווייטער: מיסס סטאָואווער האָט עדות געזאָגט, אַז זי האָט 
פרענק'ען אין זיין אֶפִיס ניט געפונען. פרענק וידער האָט גע- 
טענה'ט אַז פון צוועלף ביז האַלב נאָך צוועלף איז ער יענעם 
שבת ניט אַרױיס פון זיין אָפיס. הייסט דאָס אַז ער האָט געזאָגט 
אַ לינען, און אַז ער האָט געהאַט אַ ספּעציעלע אורזאַך דערצו ? 
הייסט עס, אַז בשעת מיסס סטאואווער איז צו איהם געקומען, 
איז ער און מערי פייגען געווען אין דעם מעטאַל צימער און דאַן 
האָט ער איהר דאָס דערװאָרגען? 

אַזױ איז אויסנעקומען לויט קאָנלי'ס ערצעהלונג, און אין 
דעם איז באַשטאַנען איינער פון די וויכטינסטע פּונקטען פון דאָר- 
סי'ס קייס. 

די פאַרטיידינונג איז אָבער געווען זיכער, אַז מאנטין סטאָוא- 
ווער איז אין אָפיס געקומען ניט נאָך מערי פייגען, נאָר פ ר י ה ע ר 
פאַר איהר, לֿאָמיר דאָס אָבער פאָרלויפיג איבערלאָזען. לאָמיר 
זיך פאָרשטעלען אַז קאָנלי'ס און דאָרסי'ס באַהױפּטונגען זיינען 
ריכטיג װאָסיזשע האָט פּאַסירט לויט דאָרסי'ס טענה ? 

מערי פיינען אין אַריינגעקומען צו פרענק'ען צויי מינוט 
נאָך צוועלף; ער האָט אַריינגעקוקט אין זיין בוך, איהר גענע- 
בען איהר ענװעלאָפּ; זי האָט געפרענט, צי עס איז שוין דאַָ 
מעטאַל; ער האָט געענטפערט אַז ער ווייס ניט און איהר גערו" 
פען נעהן סיט איהם אַ קוק טאָן ; זיי זיינען ביידע אַװעק אין 


44 בלעטער פון מיין לעבען 


דעם מעטאַל צימער, וועלכער האָט זיך געפונען איבער 180 פוס 
פון זיין אָפיס; דאָרטען האָט ער איהר אַטאַקירס; זי האָט 
גענומען שרייען און ער האָט איהר דערװאָרגען און דאַן איז ער 
אויף די ציפּקעלעך נעלאָפען אין אֶפיס (נאָך אַ שטריק ?) און 
צוריק פון אֶפִיס אין דעם מעטאַל צימער. און דאָס אַלץ האָט 
געדויערט וויינינער וי דריי מינוט, װאָרים פינף מינוט נאָך צוועלף 
איז דאָך אין אָפיס שוין אריינגעקומען מיסס סטאָואווער און זי 
האָט קיינעם ניט געזעהן און קיין זאַך ניט געהערט, 

אין דער צייט װאָס זי איז געשטאַנען אין זיין אָפיס, געװאַרט 
אַ מינוט און אַװעק אַהיים, האָט פרענק, הייסט עס, 180 פום 
פון דאָרטען, מערי'ן דערקאָנטשעט מיט אַ שטריק. און דיוע 
, טשעפּוכא" האָט דער סאַליסיטאָר-דזשענערא? פאָרגעלייגט פאַר 
דער דזשורי אין זיין ערקלעהרונג פאַר װאָס מען דאַרף פרענק'ען 
העננען !. 

אַז ער האָט געזעהן וי מאָנטין סטאָואווער געהט איבער די 
טרעפּ צום אֶפיס צו, דאָס האָט קאָנלי ניט דערמאָנט אין קיינעם 
פון זיינע פריהערדיגע סטייטמענטס, אויך האָט ער ניט דערמאָנט 
אַז ער האָט נעהערט א נעשריי. ביים טרייעל? האָט ער דאָס גע- 
זאָגט צום ערשטען מאָל. וועגען מיסס סטאָואווער האָט ער גע- 
לעזען אין די צייטוננען,. און דאן ערשט, ביים טרייעל, האָט ער 
צונעלענט דיזע איינצעלהייט, 

װאָס אָנבאַטרעפט דעם נגעשריי איז, נאַטירליך, לעכערליך אַז 
גראָד דאַן איז ער אַנטשלאָפען נגעווארען. האָבען די פאַרצויי- 
פעלטע קולות איהם פאַרשלעפערט וי מוזיק? דיזע איינצעלהייט 
איז פאַר איהם אָבער געווען וויכטיג מען זאָל זעהן, אז ביי דעם 
מאָרד איז ער אַפילן ניט אַנוועזענד געווען, כדי אויף איהם זאָל 
ניט פאלען די קלענסטע באַשולדינונג אין דעם. בשעת פרענק 
האָט די מיידעלע אַטאַקירט און דערשטיקט איז ער, קאָנלי, גאָר 
געזעסען אונטען און נעדרעמילט... 

אַלס אן אונזין קען זיך צו דעם גלייכען נאָר קאָנלי'ס באַ- 
הויפּטונג, אז די , פאָרדדצעטעלעך" האָט איהם דיקטירט פרענק. 

װאָס אנבאַלאַנגט מיסס סטאָואווער'ס סטייטמענט, אַז זי האָט 
פרענק'ען אין זיין אִפיס ניט געפונען, איז איינס פון די צװיי; 


דו פרענק דראַמא 47 


ענטוועדער ער איז אויף א מינוט ארויסגעגאננען אין טאִילעט, 
און האָט זיך דערנאָך ווענען דעם פאַרנעסען, אָדער -- און דאָס 
האָט פּאַסירט ניכער פון אַלץ -- ער איז געזעסען טאַקע ביי זיין 
דעסק (שרייב-טיש) און זי האָט איהם ניט געזעהן. 


ווען איך האָב באַזוכט פרענק'ס אִפיס, האָב איך געזעהן, 
וי נאטירליך דאָס װאָלט געווען. זיין דעסק איז געשטאַנען 
מיט דעם ווענטעל צום טיר, מיסס סטאָואווער איז אריינגעקומען 
אין דעם פאָר-צימער פון דעם אִֶפּיס, און אויב פרענק איז גראָך 
דאַן געזעפען ביי זיין דעסק, איז פאַר איהר אונמעגנליך געווען 
איהם צו זעהן. און ער, וידער, װאָלט ניט געהערט, אַז זי 
קומט אַריין, װאָרים זי האָט דאַן נעטראָגען טעניס שוהס (שיך 
פון טוך מיט ווייכע פּאָדעשועס). 


מערי'ס מוטער און שטים-פאָטער האָבען עדות געזאָגט, אן 
זייער טאָכטער איז יענעם שבת אַועק פון דער היים אַרום אַ פער- 
טע? צו צוועלף, און אַז פינף מינוט שפּעטער, האָט זי זיך געזעצט 
אויף א קאַר (טראַמװעי). ביז דער סאַמע פעקטאָרי איז די קאַר 
ניט גענאַנגען. מערי'ן אין אויסנעקומען אַ שטיקעל װעג צו 
דערגעהן צו פוס. לויט דעם חשבון פון דער קאַר קאָמפּאַני 
האָט יענע קאַר אין יענעם פּלאַץ געזאָלט אָנקומען פינף און 
אַ האַלב מינוט נאָך צוועלף. און דער קאָנדוקטאָר האָט גע- 
שװאָרען, אַז די קאַר אין גענאַנגען אָהן פאַרשפּעטינונגען. עט- 
ליכע עדות װאָס האָבען געוואוינט אין יענעם געגענד, האָבען 
עדות געזאָגט, אַז דער גאַנג פון יענעם פּונקט צו דער פעקטאָרי 
האָט זיי גענומען פינף מינוט. 


עס קומט אַלזאָ אויס, אַז מערי פיינען איז אָנגעקומען אין 
דער פעקטאָרי ניט אַ סעקונדע פריהער וי צוועלף מינוט נאָך 
צוועלף, דאָס הייסט זיבען מינוט שפּעטער וי מאָנטין סטאָואווער. 


דריי עדות האָבען ערקלערט, אַז זיבען מינוט נאָך צוועלף 
האָבען זיי מערי'ן נעזעהן אויפ'ן נאַס, עטליכע בלאָק פון דער 
פּעקטאָרי (איינע פון זיי איז גאָר געווען אַן עדות פאַר דער אָנ- 
קלאגע. אָבער פרענק'ס לאיערס האָבען איהר גענומען אוֹיף אַ 
קרייץדפאַרהער, און אויף זייערע א פראַנע האָט זי געענטפערט, 


448 בלעטער פון מיין לעבען 


אַז בשעת זי האָט געזעהן מערי'ן אויפֿ'ן נאַס, עטליכע בלאק 
פון דער פעקטאָרי, איז געווען זיבען מינוט נאָך צוועלף). 

ווען מיסס סטאָואווער איז אַריין אין פרענק'ס אֶפיס און 
איז פון דארטען אַװעק, איז מערי אלזאָ אין דער פעקטאָרי נאָך 
גאָרניט געווען. דאָרסי'ן איז אָבער נויטיג געווען צו ווייזען, 
אַז בשעת מאנטין איז אַריינגעקומען אין פרענק'ס אֶפיס, האָט 
זי איהם דארטען ניט געפונען, ווייל ער אין דאן געווען ,ביזי" 
אין דעם מעטאַל צימער מיט זיין מאָרד. דעריבער איןז דאָרסי 
געבליבען ביי דאָס זיינינע, אַז מערי איז נעקומען פריה ער וי 
מאנטין. און קאָנלי האָט געוואוסט, װאָס דאָרסי דארף האָבען. 
אלזאַ האָט ער דערצעהלט, אז ער האָט געזעהן װי מערי פיינען 
געהט איבער די טרעפ ארויף צו פרענק'ען, און אז דערנאָך ערשט 
איז צו איהם אַרויפגעגאנגען מאָנטין סטאָואווער. 

פרענק'ס סטענאַנראַפיסטקע איז פון זיין אָפיס יענעם שבת 
אוועק א פּאָר מינוטען נאָך צװועלף,. זי האָט געהאָט אַ סימן: 
זי האָט זיך נענומען אָנטאָן בשעת עס האָט געפייפט אויף דער 
מיטאָג שטונדע. זי איז אַװעק, אָבער אין א פֹּאָר מינום אַרום 
האָט זי זיך אומגעקערט נאָך איהר רעגען-שירם און זי האָם 
פרענק'ען נעזעהן אין זיין אֶפיס. לויט קאָנלי'ס מעשה אָבער, איז 
ער נאָר דאַן געווען מיט מערי פייגען אין דעם מעטאַל צימער. 

און אַ פאָרמאַן א קריסט, מיט'ן נאָמען לעמועל קווין, האָט 
פרענק'ען אין זיין אֶפיס נגעזעהן צוואנציג מינוט נאָך צועלף. 
ער האָט מיט איהם גערעדט, פאַרבראַכט פינף מינוט מיט איהם 
און קיין סמנים פון צוטראָגענקייט וי פון אַ מענשען, װאָס איז 
אַקאָרשט באַנאַנגען אַ מאָרד, האָט ער אויף איהם ניט באַמערקט. 

און נאָך דעם וי קווין האָט מיט איהם גערעדט, האָט מיט 
איהם גערעדט די דערמאַָנטע מיסעס ווהייט, וועלכע איז גענאַננען 
צו איהר מאַן, די מיסעס ווהייט וועלכע האָט אונטען באַמערקט אַ 
נעגער הינטער קעסטלעך. זי האָט אויך אויף פרענק'ען קיין אוי- 
סערגעוועהנליכעס ניט נעזעהן. 

אָרום אַ האַלכע שטונדע שפּעטער --- דאָס הייסט אַרום צעהן 
מינוט צו איינס, -- בשעת מיסעס ווהייט האָט זיך געפונען 
אויפ'ן פערטען עטאַזש, וואו איהר מאַן האָט דאַן געארבייט, 


די פרענק דראַמא 449 


איז אַהין ארויפנעקומען פרענס, זיי צו װאָרנען, אז ער מוז באַלד 
געהן אַהיים צו מיטאָג. און אַז ער װעט מוזען פאַרשליסען די 
פּעקטאָרי. אלזאָ, זאָלען זיי אויך נעהן אחיים,. אז ניט, װועט 
ער זיי מוזען פאַרשליסען, ביז ער װועט קומען צוריקס. מיסעס 
ווהייט איז דעריבער אין אַ פֹּאָר מינוטען אַרום טאַקע אַװעק. 
ווען אראָפּקומענדיג פון דעם פערטען עטאַזש, האָט זי דערגרייכט 
דעם צווייטען, האָט זי פאַרביינעהענדיג פרענק'ען געזעהן אין דעם 
פאָרצימער פון זיין אִפִיס., 

מיסעס ווהייט און איהר סמאַן האָבען אַלס עדות געמאכט 
אַן אויסגעצייכענטען איינדרוק. אז דאָס װאָס זיי זאָנען אין 
אמת, האָט קיינער ניט נעקענט צוייפלען. 

נו, און קאָנלי דערצעהלט, אַז בשעת ער האָט זיך אומנע- 
קערט פון דעם מעטאַל צימער צו פרענק'ען, און איהם באַריכטעט 
אַז מערי פיינען לינט אַ טויטע, האָט ער אַ קוק נגעטאָן אוים'ן זיי- 
גער און עס איז דאן געווען צעחן מינוט צו איינס --- דאָס הייסט 
דאַן, ווען פרענק איז נאָר נעווען אוים'ן פערטען פלאָר און גע- 
'דעדט מיט די ווהייטס, 

צװאַנצינ מינוט נאָך איינס האָט פרענק ווירקליך פאַר- 
שלאָסען די פּעקטאָרי און איז אַװעק אַהיים. ביי צוועלף מענ- 
שען האָבען עדות נעזאַנט, אז זיי האָבען איהם געזעהן אויף 
זיין װוענ אַחין. קאָנלי אָבער האָט דערצעהלט אַז וען ער איז 
אַװעק פון דער פעקטאָרי, און אין אַריין אין אַ דערבייאינען 
סאַלון (שענק), איז פרענק געבליבען אין זיין אֶפִיס. און אַז 
אין דעם שענק אין ער, קאָנלי, אַרײננעקומען צואנצינ מינוט 
צו צוויי, 

:3 4 * 

אינטערעסאַנט איז אויך די פראנע, ווי אַזױ פרענק האָם 
פאַרבראַכט די צייט יענעם נאָך מיטאָג. וואו אין ער דאַן 
געווען ? װאָס האָט ער געטאָן? מיט װאָס זיינען געווען פאָר- 
נומען זיינע געדאַנקען? 

אום דריי אוהר איז ער געווען צוריק אין זיין אֶפִיס, וואו 
ער האָט צוזאַמעננעשטעלט דעם וועכענטליכען פינאנציעלען באַ- 
ריכט פון דער פּעקטאָרי -- דעם באריכט װאָס ער פלענט שיקען 


20 בלעמער פון מיין לעבען 


צו די סטאַקהאָלדערס (אַקציאָנערען) פון דער קאָמפּאַני. אַזױ 
פלענט ער טאָן יעדען שבת, מייסטענס מיט דער הילף פון זיין 
אַסיסטענט, און אַזױ האָט ער געטאָן שבת נאָך מיטאָנ, אין דעם 
טאָג, ווען עס איז באַנאַנגען געװאָרען דער מאָרךד, אַזױי וי עס 
איז געווען אַ יום טוב, אין דער אַסיסטענט אין אֶפיס ניט 
געווען. פרענק האָט די אַרבייט געטאָן אַלין. עס אין אָבער 
נעווען אַ גנוטער באַװוייז אויף דעם: זיין פינאַנציעלען באַריכט 
האָט די פּאַליציי זונטאָג אין דער פריה געפונען אויף זיין דעסק. 
דער באַריכט איז געווען אין זיין איינענער האַנדשריפש און 
בוכהאלטער-עקספּערטען, װאָס האָבען איהם גרינדליך דורכגע- 
קוקט, האָבען ערקלערט, אַז דאָס האָט געמוזט געדויערען העכער 
װוי צוויי שטונדען. | 

אין די מאַסען ציפער און חשבונות װאָס דער באַריכט 
האָט ענטהאַלטען, האָבען זיי געפונען נאָר איין גרייז, ניט קיין 
וויבטיגען. אַ מאַן, װאָס האָט מיט דריי-פיר שטונדען פריהער 
ערמאָרדעט אַ מענשען, װאָלט דאָס אבסאָלוט ניט געקענט טאָן. 

דאָס גופא איז געווען אַ שלאָנענדער באַוייז, אַז קאָנלי'ם 
מעשה איז אַ געװעב פון ליגענס. װאָס זשע האָט דאָרסי אויף 
דעם געענטפערט? אז מסתמא האָט פרענק דעם פינאַנציעלען 
באַריכט צוזאמענגעשטעלט ניט בייטאָג נאָר אין דער פריה -- 
פאַר'| מאָרד. אָבער אין דער פריה זיינען ביי פרענק'ען געוען 
פאַרשידענע מענשען, אַרבייטערינס אַליין װאָס זיינען געקומען 
נאָך וויידזשעס, זיינען דאָ געװוען אַכצעהן. און זיי זיינען ניט 
געווען די איינצינע. דאָס אַלץ אין באַװיזען געװאָרען מיט 
דיזע אַלע פּערזאָנען אַלס עדות און מיט די ביכער. ער איז 
געווען פאַרנומען, מיט אַזאַ וויכטינער און דעליקאַטער ארבייט 
האָט ער אין דער פריה קיין צייט ניט געהאַט זיך צו באַשעפטיגען. 

נאָך דעם וי פרענק האָט פארטיג נעמאַכט דעם פינאַנ" 
ציעלען באַריכט, האָט ער געשריבען אַ בריף צו זיין אָנקעל (דער 
בריף איז פאַרהאַלטען געװאָרען און מען האָט איהם פאַרגעלעזען 
אויפ'ן טרייעל, אָבער װענען דעם ווייטער). דאן איז ער גע- 
גאַננען אַהים, ואוו ביי איהם זיינען יענעם אַװענט געווען געסט 
און מען האָט געגעסען, געשפּילט אין קאָרטען און זיך אַמוזירט, 


דו פרענק דראַמא 21 


19 
וי דען איז דאָס געווען ? 


קאָנלי'ס מעשה איז אַזױ פול מיט װידערשפּרוכען און סתם 
מיט לעכערליכע ליגנערישע איינצעלהייטען, אז אין דער נאָרטה 
און אַפילן אין אַטלאַנטא, נאָר אונטער אַנדערע אומשטענדען, 
װאָלט זיך דער סאַליסיטאָר-דזשענעראל אַליין פון איהר אויסגע- 
לאַכט,. די צעטעלעך, װאָס זיינען נעשריבען געװאָרען מיט קאָג- 
לי'ס האנדשריפט, װאָלט מען אָנגענומען אַלס אַ שרייענדען באַ- 
ווייז, אַז ער איז דער מערדער; און זיין באַהױפּטונג, אַז פרענק 
האָט זיי איהם דיקטירט, װאָלט מען צוריקגעשטויסען. צװאַמען 
מיט די אַלע איבעריגע לינענס פון זיין אידיאָטיש-כיטרע מעשה. 

אַז פרענק איז אונשולדיג איז באַװיזען געװאָרען אַזױ קלאָר, 
וי אין קיעוו איז באַװיזען געװאָרען אַז מענדעל בייליס איזן אונ- 
שולדיג, 

וי זשע איז מערי פייגען ערמאָרדעט געװאָרען ? 

פון אַלְץ װאָס קאָנלי האָט דערצעהלט --- פון זיינע ווילדע 
כיגענס, אַזױ גוט וי פון די פּאָר אמת'ן, װאָס זיינען געװען 
אַריינגעפלאָכטען אין זיין שונדדמעשה --- זעהט מען װי פאַר די 
אויגען די פאָלגענדע סצענעס : 

קאָנלי דער שכור האָט לכבוד יוב-טוב זיך אָנגע'שכור'ט. 
איהם האָט זיך געװאָלט נאָך בראָנפען. ער האָט געוואוסט אַז 
איינינע פון די אַרבייטער מיידלעך וועלען קומען אין אֶפּיס פון 
דער פעקטאָרי נאָך זייערע ענװעלאָפּס, אין ער אַהין געקומען. 
אפשר וועט ער עפּעס אויסבעטלען, װוי ער פלענט דאָס אָפּט טאָן. 
אום פרענק זאָל איהם ניט זעהן, און פרעגען װאָס ער טוט דאָרטען 
אין אַ יום-טוב, איז ער געזעסען פאַרבאָרגען הינטער באקסעס. 
דאָס איז געווען ביים אַרונטערגאַנג פון די טרעפּ, אין אַ טונקעלען 
פּלאַץ לעבען דעם עלעוװייטאָר. 

פון די טרעפּ איז אַרונטערגעקומען מערי פייגען מיט איהר 
דראָטענעם האַנט-בייטעל. זי האָט איהם ניט געקענט זעהן, 
וויי זי אין געקומען פון אַ ליכטינען פּלאַץ און ער איז געזעסען 
אין אַ פינסטערען. ער איהר האָט אָבער יא געזעהן, און ער 


459 בלעטער פון מיין לעבען 


האָט מסתמא געװאַרט אויף איהר,. ער האָט זיך צו איהר גנע" 
ווענדעט זי זאָל איהם באָרגען א קװאָדער אָדער א האַלבען 
דאָלאר און זי, וועלכע האָט אָפּנענומען נאָר א דאַלאר מיט 
צוואנציג סענט (פאַר איין טאָג אַרבײיט), האָט איהם ענטזאגט, 
װאָלט ער געווען ניכטער, װאָלט זיך דאָס אפשר מיט דעם גע- 
ענדינט ער איז אָבער געװען באַזויפען, און אנשטאָט איהר 
צו לאָזען נעהן ווייטער, האָט ער איחר אַ נעם געטאָן און אַרױיס- 
געריסען דעם האַנדיבייטט? פון איהר האנט. זי האָט גענו- 
מען שרייען; האָט ער איהר פאַרמאַכט די מויל, און איהר אָנ- 
געהויבען צו שטיקען, 

און דאַן האָט די שרעק פאַר דער פּאַלִיצֵיי מיט די קרימינעלע 
געריכטען איהם נעצוואונגען שוין צו דערגעהן ביז'ן סוף. ואַר- 
שיינליך האָט ער איהר טאַקע אַרונטערנעװאָרפען אין קעלער, 
דורך דער פּאָדלאָנע-טיר און איז אַליין אויך אַרונטערגעגאַנגען אין 
קעלער, איבער'ן לייטער. 

װוי איך שטעל זיך פאָר די שוידערליכע סצענע, האָט ער 
איהר ווייטער געװאָרנען און מיט זיין מעסערע? איהר נעמאַכט 
די וואונד אין קאָפּ,. מיינענדיג אַז זי איז שוין טויט, האָט ער 
איהר גענומען שלעפּען איבער'ן בייסמענט. זי האָט נאָך אָבער 
געלעבט און ווידער געשריהען, אלזאָ, האָט ער שלעפּענדיג איהר 
געשטיקט, און ענדליך, צו זיין אבסאַלוט זיכער אז זי וװעט 
שוין אויף איהם ניט קענען אויסזאַנען, האָט ער אויפנעזוכט אַ 
אַ שטריק (אַזעלכע שטריק זיינען אין דער פעקטאָרי געווען אַ 
סך) און איהר אִטעם אויף אייביג אויסגעשלאָסען. 

עס איז מענליך, אז די מיידעל? האָט נעלעבט א עעוויסע 
צייט נאָך דעם וי קאָנלי האָט נעמיינט אַז זי איזן שוין טויט, 
און אַז ערשט דאַן, ווען ער האָט זיך דערוואוסט ווענען דעם, האָט 
ער פאַרצויגען די שטריק אַרום איהר האַלז. 

בשעת דאָס אַלץ האָט פּאַסירט איז פרענק אויבען אין 
זיין אָפיס געזעסען און אַטענדעט צו זיינע נעשעפטען, ניט וי- 
סענדיג אַז אונטען קומט פאָר אַ מאָרד. ער האָט עפּעס יאָ נע- 
הערט אַ קול פון אַ פרוי; ער האָט אָבער ניט געװואוסט פון 
װאַנען דאָס קומט; און אַזױ װי מעהר האָט זיך די דאָזינע 


די פרענק דראַמא 158 


שטימע ניט נעהערט, האָט ער ניט געשאָנקען קיין אויפמערק- 
זאמקייט צו דעם. ערשט מאָרגען, ווען ער האָט זיך דערוואוסט 
פון דעם מאָרד, האָט ער זיך דערמאַנט וועגען דעם, 


0 
פרענק'ס פיר-שטונדיגע רעדע אין געריכט. 


דאָס איז אייגענטליך ניט געווען קיין רעדע, נאַר אַ סטיים" 
מענט, װאָס ער האָט געמאַכט ביי זיין טרייעל. ריידענדיג, איז 
ער ניט געשטאַנען און אַדרעסירט די דזשורי, װי דאָס טום אַן 
אַדװאָקאַט, ער איזן נעזעסען אויף דעם עדות-שטול. אָבער ניט 
אַלס אַן עדות. אין דעם שטאַאט דזשאָרדזשיא האָט אַ באַשולדיג- 
טער אַ רעכט אַז דער דזשאָדזש און די דזשורי זאָלען אויסהערען 
דאָס װאָס ער ווי? דערצעהלען אין באַצוג צו דער באַשולדיגונג 
װאָס מען מאַכט אויף איהם. און דער פּראָקוראָר קען איהם נים 
נעהמען אויף א קרייץיפאַרהער ווענען דעם, אַלזאָ, האָט פרענק 
פּשוט געמאַכט א סטייטמענט. קיינער האָט איהם ניט געשטעלט 
קיין פראַגען --- ניט זיינע לאִיערס, ניט דער סאָליסיטאָר-דזשע- 
נעראַל. 

נאָך דעם װי ער האָט גאַנץ בקיצור איבערגעגעבען זייו 
פאַרגאַננגענהייט, האָט ער זיך אָפּנעשטעלט אויף דעם שבת, וען 
עס איז ערמאָרדעט געװאָרען מערי פיינען,. ער האָט דערצעהלט 
מיט אַלע איינצעלהייטען װאָס ער האָט געטאָן, וואו ער איזן 
געווען, מיט וועמען ער האָט זיך נעזעהן. ער האָט אָפּגעגעבען 
חשבון כמעט פאַר יעדער מינוט. וען ער האָט דערגרייכם די 
צייט, ווען מערי פיינען איז צו איהם געקומען נאָך איהרע װי 
דזשעס, האָט ער דערצעהלט, וי זי איז אַריינגעקומען אין זיין 
אָפיס, װוי ער האָט איהר גענעבען איהר ענװעלאָפּ, וי אַרױסגע- 
הענדיג האָט זי זיך אָפּנעשטעלט ביי דער טיר און געפרעגט, אויב 
עס אין שוין דאַ מעטאַל; וי ער האָט געענטפערט אַז ניין, 
און זי איז אַװעק; װי ער האָט געהערט איהרע טרים, און 
, עטליכע מינוט שפּעטער" האָט ער ,נעהערט וי אַ פרויען-שטימע 
זאָנט עפּעס", חגם פון װאַנען דער קול איז געקומען, האָט ער ניט 
געקענט באַשטימען. 


154 בלעטער פון מיין לעבען 


אויף דיזען אַרט, געהענדיג פון מינוט צו מינוט און פון 
פּערזאָן צו פּערזאָן, האָט ער געשילדערט װאָס מיט איהם אין 
פאָרגעקומען דעם נאַנצען טאָג און אַוװענד, און דערנאָך האָט 
ער דערצעהלט וי די דעטעקטיווס זיינען צו איהם געקומען און 
װאָס ווייטער האָט פּאַסירט, 


מיט זיין ערצעהלונג האָט ער שוין ממילא געענטפערט אוֹיף 
יעדען פּונקט און אויף אַלע באַהױפּטונגען פון אַלֶע עדות, װאָס 
דער סאָליסיטאָר-דזשענעראַל האָט אַרױסגעשטעלט געגען איהם, 


פיר שעה האָט ער גערעדט -- צוויי שעה פאר מיטאָג און 
צוויי שעה נאָך מיטאָג. ער איןז געווען א נוטער רעדנער. און 
עטליכע מאָנאַט שפּעטער, שטעהענדיג פאר אַן אַנדער ריכטער, 
האָט ער אויסגעדריקט זיינע געפיהלען מיט אַ פּאַראַדנע שפּראַך 
און מיט פייערליך-קלינגענדע טענער,. אין דיזען פאַל אָבער, 
בּיי זיין טרייעל, האָט ער גערעדט נאַנץ איינפאך, אֶהן דעם 
קלענסטען סימן פון רעדנערשע מאַנערען. ער האָט דערצעהלט, 
ערקלערט, זיך אָפּנעשטעלט אויף אַלערלײ איינצעלהייטען. פאַר- 
ביינעהענדיג, האָט ער דאָ און דאָרטען געמאַכט א באמערקוננ 
-- אַלץ אין אַ פּשוט'ער שפּראַך. אָבער אין זיין קול האָט זיך 
אָפּט געפיהלט דער װעהטאָג פון זיין האַרצען. פון צייט צו 
צייט האָט זיך ביי איהם אַרױסנעריסען אַן אויסדרוק פון ביטערען 
שפּאָט. אזוי איז געווען דאַן, צום ביישפּיל, ווען ער האָט דער- 
מאַנט, װוי די דעטעקטיווס האָבען זיך געטשעפּעט צו יעדען װאָרט 
זיינעם און יעדען װאָרט פאַרטייטשט און פאַרדרעהט, װוי עס 
האָט זיך געלוינט פאַר זיי, 

אין אייניגע שטעלען האָט זיין סטייטמענט ענטהאַלטען איין- 
צעלהייטען, וועלכע האָבען ניט נאָר געויזען, אַז ער, פרענק, 
האָט ניט קיין שום שייכות צו דעם מאָרד, נאָר אויך אן דער 
מאָרד איז באַנאַנגען נגעווארען אין דעם בייסמענט. צום בי- 
שפּיל: דערצעהלענדיג וי ער אין מיט דעטעקטיוו סקאַטט'ען 
געגאננען באַקוקען דעם בייסמענט, האָט ער געזאָנט: 

,ער האָט פון דעם פלאָר אויפנעהויבען עטליכע זאַכען און 
זיי אַרינגעלײיגט צו זיך אין קעשענע. איינע פון זיי אין געווען 


דו פרענק דראַמא 458 


אַ שטריק, פּונקט אַזאַ וי די װאָס מען האָט געפונען אַרום דעם 
האַלז פון מערי פייגען". 

,דזשענטעלמען, איך ווייס אבסאָלוט ניט פון דעם טויט 
פון מערי פיינען? --- האָט ער געזאָנט, ווען ער האָט געהאלטען 
נאָהענט צוּם סוף פון זיין סטייטמענט, -- ;איך האָב קין 
אנטיי? ניט גענומען אין פאַראורזאכען איהר טויט און איך 
ווייס ניט וי אזוי זי איז צו איהר טויט נעקומען נאָך דעם וי 
זי האָט אָפּנענומען איהר נעלט און האָט פאַרלאָזען מיין אֶפּיס, 
דעם 26טען פעברואר האָב איך קאָנלי'ן אין די אוינען ניט גע- 
זעהן, ניט אין דער פּעקטאָרי און ניט אַנדערשוואו. 

,דער סטייטמענט פון דעם עדות דאָלטאָן, אז ער אין געקו" 
מען צו מיר אין אָפיס און אן איהם האָט פאָרנעשטעלט פֿאַר 
מיר די פרוי דייזי האָפּקינס, אין דורכאויס אַ לינען. אויב 
דאָלטאָן איז ווען עס איז געווען סיט אַ פרוי אין דער פעק- 
טאָרײגעביידע, האָב איך דערפון ניט נעוואוסט. ביזן עס האָט 
פּאַסירט דיזער מאָרד האָב איך דאָלטאָן'ען קיינמאָל ניט נע- 
זעהן. 

,דער פטייטמענט פון דעם נענער קאָנלי אין פון אֶנהוֹיב 
ביז'ן סוף אַ געוועב פון לינענס. איך וייס אַבסאָלוט ניט פון 
דער אורזאַכע פון מערי פיינען'ס טויט, און קאַנלי'ס באַהויפּ- 
טונג, אַז ער איז אַרויפגעקומען צו מיר, און מיר געהאָלפען באַ- 
זייטינען דעם טויטען קערפּער, אָדער אַז איך האָב יענעם טאָג 
עפּעס געהאט צו טאָן מיט איהר, אָדער מיט איהם אין אַ שטוי- 
נענדער, עקעלהאַפטער לינען. 

, די מעשה אַז פרויען פלעגען קומען צו מיר אין דער פעק- 
טאָרי מיט אונמאָראַלישע צוועקען, איז א פּאָדלער לינען און דאָס, 
װאָס קאָנלי זאָגט, אַז ער האָט מיך עטליכע מאָל געזעהן אין אונ- 
אנשטענדיגע פּאָזען מיט פרויען, אין אַזאַ לומפּינער לינען אז 
איך קען ניט נעפינען קיין ווערטער דאָס צו פאַרדאמען." 
' 3: *ִ א 

װאָס פאַר אַן איינדרוק פרענק'ס סטייטמענט האָט נעמאַכט, 
קען דער לעזער זעהן פון דער באַמערקונג, וואס אויף מאָרנען 
האָט ענטהאלטען די ,, אַטלאנטא קאַנסטיטושאָן", א צייטונג, וואס 


2806 בלעטער פון מיין לעבען 


האָט די גאַנצע צייט אַניטירט גענען איהם. ,פרענס'ס סטייט- 
מענט" --- האָט זי געזאָגט --- , האָט געקלונגען מיט דעם קלאַנג 
פון אמת אין זיין יעדען זאַץ, און פילע פון די אַנוועזענדע, 
מענשען װאָס האָבען פון פריהער קיין פארטיגע מיינונג ניט גע- 
האַט, זיינען אַװעק פון קאורט איבערצייגט, אַז דער מאַן אין 
אונשולדיג". 

בשעת פרענק האָט געהאַלטען ביי דעם סוף פון זיין פּשוט'ען 
סטייטמענט, האָבען אין די אוינען פון פילע פון זיינע צוהערער 
--- איינינע פון די דזשוראָרס אַריינגערעבענט -- געבליסטשעט 
טרערען. 

איך האָב דעם סטייטמענט איבערגעלייענט ווען איך בין גע- 
ווען אין אטלאַנטאַ, אין 1914, און איך האָב געפיהלט מיט מיין 
גאַנצען וועזען, אז יעדער װאָרט זיינער אָטעמט מיט אמת און 
אויפריכטינקייט. איצט, מיט 16 יאהר שפּעטער, ווען איך האָב 
דעם פטייטמענט ווידער איבערגעלייענט, בין איך געווען דורכנע- 
דרוננען מיט'ן זעלבען געפיהל,. און אַן עהנליכען איינדרוק האָט 
דער סטענאָגראפישער באַריכט פון פרענק'ס וערטער געמאַכט 
אויף יעדען, װאָסק האָט איהם געלעזען מיט אנפּאַרטײיאישע 
אוינען. | : 
טשעמפּ קלאַרק, דער דאמאָלסדינער ספּיקער פון דער האוס 
אָוו רעפּרעזענטאַטיווס (פאָרזיצענדער פון דעם אַמעריקאַנער פּאַר- 
לאַמענט) האָט אַ צייטונגס-באַריכט פון פרענק'ס סטייטמענט 
אַריינגעקלעפּט אין זיין , סקרעפּ בוך" (אַלבאָם), אַלס אַ זעלטע- 
נער פּער?. , דאָס איז איינער פון די מערקווירדיגסטע איבער- 
צייגענדע סטייטמענטס, װאָס איך האָב ווען עס איז געלייענט? -- 
האָט ער געזאָגט, שמועסענדיג וועגען דעם ענין מיט פּ. ס, קאָנ- 
נאָלין. 

ווען די צוועלף דזשוראָרס װאָלטען געדאַרפט באַשטימען 
זייער מיינונג גלייך נאָך דעם וי זיי האָבען אויסגעהערט פרענק'ן, 
װאָלט ענטוועדער זייער װערדיקט געווען ,אונשולדיג", אָדער זיי 
װאָכטען ניט געקענט זיך איינינען. עס װאָלט פאַרגעקומען אַ 
נייער טרייעל, די ניפטיגע קראַפט פון דער פּאַליצײי'ס אַניטאַ- 
ציע װאָלט געבראָכען געװאָרען. דער נייער טרייע?ל װאָלט פאָר- 


די פרענק דראַמא 67 


געקומען אונטער בעסערע אומשטענדען. דער אמת װאָלט מסתמא 
געזינט, אָבער איידער עס איז נעקומען צו זייער ענדליכער באַ- 
ראַטונג זיינען אַװעק אייניגע טעג. דער עפעקט, װאָס פרענק'ס 
ווערטער האָבען נעהאט אויף זיי, אין אָפּנעשװאַכט געװאָרען, 
און דאָס לעצטע װאָרט האָט געהאָט דאָרסי, אַ מאַן װאָס האָט 
פאַר זיך געזעהן נאָר איין פראַגע: זאָל פרענק פון דעם טרייעל 
אַרויסקומען מיט זיין לעבען און מיט זיין פרייהייט און ער, דאָרסי, 
מיט אַ שווערע נידערלאַנע, אָדער פאַרקערט, פרענק זאָל פאַר- 
לירען זיין לעבען און דאָרסי זאָל אַרויסקומען מיט אַ גלענצענדען 
זיג. 
דאָרסי האָט געאַרבייט פאַר דאָרסי'ן. 


21 


דער עולם אין דעם געריכט זאָל און אין שטאָדט. -- דער 
פּנים פון שולד, --- די נאַנצע שטאָדט איז דער געריכט. 


ביי פרענק'ס טרייע? בין איך ניט נעװען. איך בין קיין 
אטלאנטא נעקומען מיט עטליכע מאָנאַט שפּעטער. אָבער זייענ- 
דיג דאָרטען, בין איך באקאנט געװאָרען מיט מאַסען איינצעל- 
היימען פון דיזען אוננעוויינליכען פּראָצעס. איך האָב איבערנע- 
לעזען יעדען װאָרט אין דעם פאַננען, לאַנגען אָפיציעלען סטע- 
נאָגראַפישען רעקאָרד פון דעם טרייע? און די באַריכטען אין די 
אטלאַנטער צייטונגען פון יענע טענ. אָבער ניט ווינינער באַ- 
לעהרענד און אינטערעסאַנט זיינען פאַר מיר נגעווען די פילע גע- 
שפּרעכען װאָס איך האָב אין אטלאנטא געהאט וװענען די סצע- 
נעס װאָס זיינען פאָרגעקומען אין קאורט*") און אין שטאָדט בשעת 
דער טרייעל איז אָנגעגאַנגען. 

עס איז דאָ דערמאַנט נעווארען דער באריכט און מיינונג 
פון אן אַטלאַנטער צייטונג ווענען דעם איינדרוק װאָס פרענק'ס 
רעדע האָט נעמאַכט אויף זיינע צוהערער. די דאָזיגע צייטונג 
איז געווען פאָרזיכטיג גענוג דערביי צו באַמערקען, אַז א שטאַר- 
קען נינסטיגען איינדרוק האָט פרענק נעמאַכט אויף אזעלכע מענ- 
שען, װאָס האָבען זייער מיינונג ניט געהאט באשטימט פון 


*) ,קאָורט" הייסט געריכט און , קאָורטירום" -- גערוכט זאַל. 





198 בלעטער פון מיין לעבען 


פריהער.. מיט אַ פאַרטיגע מיינונג, --- געגען פרענק'ען --- זיי- 
נען אין קאורט אָבער געקומען א סך פון זיינע צוהערער, אפשר 
מעהר װי אַ העלפט, אויף זיי האָבען זיינע ווערטער ניט נע- 
ווירקט און װאָס אַנבאַטרעפט זיינע אַנדערע צוהערער איז דער 
גנוטער איינפלוס, װאָס זיינע רייד האָבען אויף זיי געהאַט, באַלך 
פאַרטרונקען געװאָרען אין די פיינדליכע שטאָף װאָס איז געקומען 
פון די װאָס האָבען געפאָדערט זיין טויט. 

זייענדיג אין אַטלאַנטא האָב איך װעגען פרענק'ס סטייט- 
מענט גערעדט מיט אַן אַמעריקאַנער קריסט, אַן אינטעלינענטער 
מאַן פון דער נאָרטה, וועלכער איז געווען אין קאורט ווען פרענק 
האָט געהאָט דאָס װאָרט, 

בשעת ער האָט גערעדט, איז דער איינדרוק געווען שטאַרק 
אויף אַלעמען -- האָט ער געזאָגט --- אַזױ האָט עס אויסגעזעהן. 
מען איז געזעסען און זיך צוגעהערט וי פאַרגאַפטע. א מענש 
קעמפט פאַר זיין לעבען! מען דאַרף בוכשטעבליך זיין אִהן אַ 
האַרץ ניט צו זיין געריהרט, און פרענק איז ניט קיין דורכשניט- 
ליכער מענש. ער מאַכט א מערקווירדיגען איינדרוק פּערזענליך 
און ער רעדט גוט. און זיין ריידען האָט געקלונגען מיט אַאַ 
טיפע אויפריכטיגקייט !" 

ווען ער האָט אָבער זיין סטייטמענט געענדינט, אין דער 
איינפלוס פון זיינע ווערטער גיך אָפּגעבלאַקירט געװאָרען. 

די מענשען פון דרויסען, אויף די נאַסען, אָדער אין די היי- 
זער, אין די קראָמען, אין די שענקען האָבען נאָכגעפאָלגט דעם 
טרייעל ניט בלויז אויס נייגערינקייט. זיי זיינען אין דער קייס 
געווען פאַרקאָכט. מען האָט זיי פאַרזיכערט, אַז פרענק אין אַן 
עקעלהאַפטער הולטאַי און אַז צוליב זיין אוננאַטירליכער צולאָזענ- 
קייט האָט ער ערמאָרדעט אַ צאַרטע ווייסע מיידעלע. מען האָט זיי 
דאָס איינגערעדט און מען האָט זיי כסדר געהעצט געגען איהם. 
זיינען זיי געווען אויפגעפלאמט, 

דאָס װאָס פרענק האָט געזאָגט אין קאורט, האָבען זיי פון 
איהם אַלֵיין ניט געהערט. זיי האָבען דאָס געלייענט אין די ציי" 
טונגען צוזאַמען מיט מאַסען באַהױיפּטונגען, װאָס האָבען פאַר- 
גיפטעט זייערע מוחות און הערצער. 


דו פרענק דראַמא 450 


צווישען די נאָטיצען, װאָס איך האָב געשריבען זייענדיג. 
אין אטלאנטא, געפין איך דאָס פאָלגענדע: 


, ווען מען דערצעחלט איינעם אז דער און דער איז אַן אוי- 
סערגעוועהנליכער בעל תאוה'ניק און פיהרט זיך אויף עקעלהאַפט 
מיט פרויען, אין דאָס װוילקאָמענע לשון-הרע. ‏ בשעת אַ קאָמ- 
פּאַניע דערצעהלט זיך אונאנשטענדינע אַנעקדאָטען, אין אַזאַ באַ- 
ריבכט אַ געשמאַקער ביסען. 


,װען פרענק האָט מיט איבערציינענדע רייד די דאָזינע 
מעשה געלייקענט, און ווען אַנדערע עדות האָבען איהם פאָרנע- 
שטעלט פאַר א העבסט אנשטענדינען מאַן, האָבען זיך געפונען 
גענוג מענשען, װאָס האָבען קיין חשק ניט געהאָט דאָס צו גלוי- 
בען; קיין חשק ניט געהאט זיך צו זענענען מיט דעם געשמאַ- 
קען ביסען. 


, 'דער וואונש איז דער פאָטער פון דעם געדאַנק', און 
צעהנדלינע טויזענדער מענשען האָבען נעוואונשען, אַז די שמו- 
צינע מעשיות זאָלען זיין אמת, זיי האָט זיך געװאָלט, אַז דער 
פרענק, וועלכען זיי האָבען געהאַלטען פאַר דעם מערדער פוֹן מערי 
פייגען, זאָל טאַקע זיין דער מערדער. עס גלוסט זיך ניט צו 
ענטדעקען אז אונזער מיינונג אין א פאַלשע. 


,אין דעם פּאָרטרעט פון אַ באַשולדינטען ווערט מען צו- 
געוואוינט צו זעהן דעם פּנים פון שולד. דער באַנריף ווערט 
אַריינגעשמאָלצען אין זיינע אוינען, אין זיינע ליפּען, אין זיין נאָז, 
עס הויבט זיך אָן צו דוכטען, אַז די דאָזיגע געזיכט ענטהאַלט 
עפּעס אין זיך מערדערישעס. 

,ווען איהר ווערט שטאַרק צונעוואוינט צו אימיצען, ווע" 
מען מען דופט בצלאל, למשל, דוכט זיך אַייך, אַז דער נאָמען פּאַסט 
זיך טאַקע צו זיין געזיכט. אויף אַן עהנליכען שטיינער איז די 
מאַסע פון אטלאַנטא צונעוואוינט געװאָרען צו פרענק'ס פּנים, 
וועלכען זיי האָבען יעדען טאָג נעזעהן אין די צייטוננען, וי צו 
אַ פּנים פון אַ הולטשי, װאָס איז באַנאַנגען א מאָרד,. טויזענדער 
און טויזענדער מענשען האָבען מסתמא גענלויבט מיט'ן גאַנצען 
האַרצען, אַז דער באַשולדינטער איז שולדיג. איהר האָט זיי גע- 


480 בלעטער פון מיין לעבען ‏ 


קענט באַווייזן פון היינט ביז מאָרנען, אז זיי האָבען אַ טעות,,. 
װאָלט דאָס אַלְץ ניט געווירקט אויף זייי" 


דער מאב-נעפיה?ל נענען פרענק'ען איז געװאַקסען און גנע" 
וואקסען. ער האָט אַרינגעדרוננען אין דעם געריכט ואו דער 
טרייע? איז פאָרגעקומען,. דער קאָורט רום איז ניט געווען קיין 
נרויסער, אָבער איינענטליך אין די גאַנצע שטאָדט געווען דער 
קאורט רום, און סאַליסיטאָר דאָרסי האָט דאָס געוואוסט און ער 
האָט דאָס געהאַט אין זינען יעדע מינוט װאָס ער האָט געפיהרט 
דעם טרייעל. און טאָמער װאָלט ער דאָס אפשר אויף א מינוט 
פאַרנעסען, האָבען די אנוועזענדע איהם אַלֶע וויילע דערמאָנט, אַן 
זיי זיינען א טיי? פון דעם טױזענדער-קעפּינען מאב װאָס דורשט 
נאָך פרענק'ס בלוט און נעפינט זיך פון דרויסען. 

אָפט, ווען דאָרסי האָט נעמאַכט אַ באַמערקונג אָדער גע- 
שטעלט דעם ריכטער עפּעס אַ פאָדערוננ, אָדער אויסנעדריקט א 
פּראָטעסט נענען דער פאַרטיידינונג, האָבען די צוהערער איהם 
אַפּלאָדירט און ווען פרענק'ס לאִיער האָט עפּעס געפאָדערט אָדער 
פּראָטעסטירט נגענען װאָס עס איז, האָט מען זיך צולאַכט. 

אַ גאַנצע רייהע אידישע דאַמען האָבען עדות געזאָגט, אַז זיי 
קענען פרענק'ען, און אַזן ער אין אַ העכסט אנשטענדינער און 
מאָראַלישער מענש, האָט מען זייערע ווערטער באַגעגענט מיט אַ 
הירזשעריי. 

דזשאָדזש ?, ס. ראון, דער ריכטער פון דעם טרייעל, האָט 
ווידער און ווידער געקלאַפּט מיט זיין העמערעל, און געפאָדערט 
אָרדנונג, ער האָט דאָס אָבער געטאָן נאָר פון יוצא ווענען, אֶהן 
מוט. מען האָט געזעהן, אַז ער האָט אַלֵיין מורא פאר דעם מאב. 
האָט מען איהם ניט געפאָלנט. 

דער טרייע? אין פאָרנעקומען אין די הייסעסטע זומער-טענ 
און די פענסטער פון דעם קאורט-רום זיינען נגעווען אָפען,. דער 
זאָל אין געווען אויף אן אונטערשטען עטטוש, אַ מאסע מענשען 
זיינען געשטאַנען פוֹן דרויסען ביי די ווענט, כמעט דערגרייכענדיג 
די פענסטער מיט זייערע פּלײיצעס. און פון אַן אַנדער זייט, 
אין אַ געסעלע, איז מען נגעזעסען אויף א דאַך פון אַ קעמערעל 


די פרענק דראַמא 261 


און אַריינגעקוקט אין דעם קאורט רום, הינטער דעם דזשאָדזש 
און דעם עדות שטול, 


די דזשורי האָט געהערט די החוזשעריי פון דיזען עוֹלם, זי 
האָט געפיהלט זיין אויפרעגונג, זי איז געווען דורכגעדרונגען מיט 
זיין פיינדשאַפט צו פרענק'ען, פּונקט וי זי איז געווען דורכגע- 
דרוננען מיט דער פיינדשאַפט פון דעם קאורט עולם צוֹ איהם, 
און זי האָט געוואוסט, אַז די נאַנצע שטאָדט איז געגען איהם, 


יאָ, עס איןז ווירקליך אויסגעקומען, אַז די גאַנצע שטאָדט 
איז דער קאורט רום, און דער דאָזינער קאורט רום איז געווען 
עלעקטריזירט מיט א בלוטדורשטינען האָס צו דעם יוננען מאַן, 
וועמען דער פאָליסיטאָר-דזשענערא? האָט באַשולדינט אין דעם 
מאָרד פון מערי פיינען. 


ווען די פאַרטיידינונג איז פאַרטיג געװאָרען מיט איהרע עדות 
און עס האָט געהאַלטען ביי די שלוס-רעדעס, האָט איינער פון 
פרענק'ס לאַיערס געמאַכט אַ פאָרמעלען פאָרשלאג, אן דער 
דזשאָדזש זאָל ערקלערען אַ , מיסטרייעל" (אַ ניט-ריכטיגער, מיס- 
געלונגענער טרייע?), אויף דעם גרונט װאָס דער עולם אין געריכט* 
זאָל האָט אָפען אויסגעדריקט פּאַרטייאישקײט און מיט דעם אפשר 
בעאיינפלוסט די דזשורי. ווען דער לאִיער האָט דאָס אַרױיסנע- 
רעדט, האָט אין דעם זאַל אױסנעבראָכען אַ ווילדער געלעכטער 
און הירזשענדער טומעק, 


מיר האָבען דאָ געברויכט דעם װאָרט ,פאָרמעלען", ווייל אַזאַ 
פאָרשלאג מאַכען לאִיערס כמעט ביי יעדען קרימינעלען טרייעל, 
און געוויינליך נעמט מען דאָס ניט ערנסט. אין דיזען פאֵל 
אָבער אין דער פֿאָרשלאַג געווען פאַלשטענדיג באַנרינדעט. אַ 
טרייעל?ל, וואו עס קומען פאָר אַזעלכע סצענעס, איןז קיין טרייעל 
ניט,. אונטער נאָרמאַלע אומשטענדען װאָלט אַ ריכטער אוֹיף אַזאַ 
גרונט דעם טרייעל? ווירקליך בטול נעמאַכט, און דזשאָדזש ראָון 
װואָלט אפשר אויך אַזױ געטאָן. וויסענדיג אָבער אַז פרענק האָט 
קעגען זיך ניט בלויזן דעם סליינעם עולם פון דעם קאורט רום, 
נאָר כמעט די נאַנצע שטאָדט, האָט ער דעם לאִיער'ס פאָרשלאַג 
נלייך צוריקגעוויזען. 


209 בלעטער פון מיין לעבען / 


22 


אַנטיסעמיטיזם. --- 8 קלאַנג וועגען אַ אידישען פאַנד צו 
ראַטעװען פּרענק'ען. -- ,הענג דעם אידען". 


עס איז געווען ניט מעהר וי נאַטירליך, אזן דער האַס צו 
פרענק'ען אַלס באַשולדינטען, זאָל פריהער אָדער שפּעטער ארויס- 
רופען האַס צו איהם אַלס איד,. ווען מען האָט פיינט אַ מענשען, 
האָט מען פיינט אַלץ װאָס ער איז, און װוי סיר האָבען באַמערקט 
אין אַ פריהערדיגען פּלאַץ, דאַרף מען די אידען-פריינדליכקייט 
פון די סאָדערנערס ניט איבערטרייבען. אין געוויינליכע צייטען 
האָבען זיי זיך צו די אידען ווירקליך געהאלטען זעהר אנשטענ- 
דינ. געזעלשאַפטליך זיינען קריסטען און אידען ביי זיי געווען 
אויסנעמישט. דאָך, אַז עס איזן אויסנעשלאָסען יעדע מענליב- 
קייט פון אַן אַנטיסעמיטישען גנעפיהל ביי זיי, דאָס האָט מען 
קיין מאָל ניט געקענט זאָגען,. און איצט, אין דער עפּידעמיע פון 
האָס גענען פרענק'ען, װועמען מען האָט זיך פאָרגעשטעלט אֵלס 
דעם מערדער פון מערי פיינען, האָט אױיסנעבראָכען א גיפטינער 
געפיה? געגען פרענק'ען דעם אידען אויך, 


דאָס איז שוין געקומען ממילא,. דערביי האָבען אָבער מיט- 


געווירקט ספּעציעלע אורזאַכען אויך -- ספעציעלע אניטאַ- 
ציאָנס אינטרינעס, מיט וװעלכע עס האָט זיך באנוצט די 
פּאַליציי, 


די פּאָליציי האָט פרענק'ען באַטראַכט אַלס איחר נעפערליכען 
געגנער, װואָרים זיינע אינטערעסען זיינען געווען דער געגענזאַץ 
פון איהרע אינטערעסען. אַלזאָ, האָט זי צוליב איהם אידען בבל5 
אוֹיך באַטראַכט אלס איהרע שונאים. זי האָט פאַרשפּרײיט ליגענס, 
און אייניגע פון זיי האָבען געהאט אַ דייטליכען אנטיסעמיטו- 
שען כאַראַקטער. 


צו דער פראַנע פון אַנטיסעמיטיזם אין פאַרבינדונג מיט דער 
פרענק געשיכטע, װעל איך זיך אומקערען, ווען איך על האלטען 
ביי מיינע פּערזענליכע געשפּרעכען מיט פרענק'ען װענען דעם 


די פרענק דראַמא יי 8 


28 

,דאַקטאַר דזשעקיל און מיסטער האיד". -- דאָרסי"ם 

אסיסטענט זאָנט דער דזשורי, אַז אין פרענק'ען זיצען 

צוויי פאַרשידענע מענשען. ' 

די שלוס רעדעס פון פרענק'ס לאַיערס האָבען ענטהאַלטען 
קלאָרע אונבאשטרייטבארע אַרנומענטען. זיי האָבען באַװיזען וי 
לעכערליך עס װאָלט געווען אָנצונעמען דאָס וואס קאָנלי האָט 
דערצעהלט, װווי דייטליך עס איז, אַז ער אַליין איזן דער מערדער, 
זיי האָבען ניט גערעדט סתם וי לאִיערס, װאָס מען האָט נע- 
דונגען צו פאַרטיידינען זייער קליענט. זיי זיינען געווען טיף 
איבערצייגט אין פרענק'ס אונשולד, און קאָנלי'ס עדות זאָגען 
האָט אין זיי אַרױיסגערופען די ביטערסטע ענטריסטונג. ווען איף ‏ 
האָב גערעדט מיט זיי האָב איך דאָס געפיהלט. 
| = די וויכטיגסטע רעדע פאַר דער פאַרטיידיגונג האָט געהאַלטען 
אַן אַדװאָקאט מיט'ן נאָמען ר. ד. אַרנאָלד, אַ פעהיגער מאַן, דער 
בעסטער קרימינעלער לְאִיער אין דער סאוטה. 

זיין רעדע איז ווירקליך געווען אַ גלענצענדע. זיינע אַרנו- 
מענטען און טענות זיינען אָבער געווען אַדרעסירט צו מענשען, 
װאָס האָבען געהאָט אַ פיינדליכען געפיהל אין זייערע הערצער 
און אַ פאַרטינע פיינדליכע מיינונג אין זייערע מוחות. | 

פֿאַר דער באַשולדינונג האָט צוערשט נערעדט דאָרסי'ס אן 
אַסיסטענט. זיין הויפּט אויפנאַבע אין געווען צו פאַרניכטען דעם 
איינדרוק, װאָס עס האָבען נעמאַכט די פילע אָנגעזעהענע מענשען 
וועלכע האָבען עדות געזאָגט, אז זיי קענען פרענק'ען אלס אַ ריי- 
נעם, העכסט מאָראַלישען מאַן. דאָרסי, דער סאַליסיטאר-דזשע- 
נעראל, האָט זיך פאר דיזע עדות געשראָקען. טאָמער האָבען זיי- 
ערע ווערטער אַ ווירקונג אויף דער דזשורי, צופאַלט זיין ער- 
קלערונג ווענען פרענק'ס מאָטיוו צו דעם מאָרד,. דאָס הייסט, עס 
צופאלט דער גאַנצער פונדאמענט פון זיין קייס. 

זיין אַסיסטענט האָט דער דזשורי דערצעהלט וװענען דעם 
העלד פון סטיװוענסאָן'ס ראָמאַן ,דאָקטאָר דזשעקי? און מיסטער 
האיד? --- א מענש מיט אַ דאָפּעלטע פּערזענליכקייט. דאָ אין 
ער דאָקטאָר דזשעקיל, אַ העכסט ערליכער און אַנשטענדינער 


404 בלעמטער פון מיין לעבען 


מאַן און דאָ ווערט ער מיסטער האִיד, א פאַרדאָרבענער נפש, 
װאָס באַגעהט די שוידערליכסטע פאַרברעכענס. דאָס װאָס פרענק 
האָט אַ פיינעם נאָמען צווישען זיינע באקאנטע --- האָט דער רעד- 
נער נע'טענה'ט -- איז קיין באַוייז ניט, אַז ער איז נים קיין 
נידרינער הולטאַי און מערדער,. ער איז צוויי באַשעפענישען אין 
איינעם, איינער פּונקט פאַרקערט וי דער אַנדערער. 

ביי דעם עולם אין קאורט-רום האָט דער משל שטאַרק אויס- 
גענומען, און וען די אונענטװיקעלטע אויפנעהעצטע מאַכען 
פון שטאָדט האָבען אין די צייטונגען געלייענט דעם משל מיט'ן 
נמשל, האָט דאָס צונענאָסען א סך בוימע? צוֹ זייער אַנטי- 
פרענק פייער. מיט דער דאָפּעלטער פּערזענליכקייט פון ,דר. 
דזשעקיל און מיסטער האיד" האָט מען זיך פּאָסמאַקעװעט און 
מען האָט זיך פאָרנעשטעלט ,די דאָפּעלטע פּערזענליכקייט" פון 
ליא פרענק ; מען האָט געקריצט מיט די ציין אוֹיף דעם , מיסטער 
האַיד", װאָס זיצט אין איהם, און מיט אומנעדולד האָט מען גע- 
װואַרט אויף אַ װערדיקט אַז פרענק איז שולדיג. - 

| 24 

סצענעס בשעת דאָרסי האָט געהאַלטען זיין שלוס-רעדע. 

סאַליסיטאָר-דזשענערא? דאָרסי'ס שלוס-רעדע האָט געדויערט 
רריי טעג, איך האָב איהר געלעזען אין סטענאָגראַפישען רעקאָרד, 
ס'איז שרעקליך צו לעזען. די בלוט ווערט אין אייך אויפנעקאַכט. 

די רעדע אין פול מיט לעכערליכע שטעלען, וועלכע וואלטען 
אפשר געקענט ווירקען אויף קינדער אָדֶער אוֹיף ערוואקסענע 
מענשען מיט קינדערשע מוחות, אָבער ניט אויף צוהערער מיט 
פאַרשטאַנד און אינטעלינענץ, 

צווישען די צוועלף דזשורי-לייט זיינען יאָ געווען אינטע- 
לינענטע מיטנלידער --- א פּאָר וויינינסטענס. דאָרסי האָט אָבער 
געוואוסט, אַז זיי וועלען מיטנעריסען ווערען פון די אַנדערע. 
אָדער, פּשוט'ער, אַז זיי וועלען ניט ריזיקירען זיך צו שטעלען 
נעגען דער אלנעמיינער שטימונג. 

אַלס ביישפּי? פון דעם נייסט, װאָס האָט דורכגעדרוננען 
דאָרסי'ס רעדע, ווייזט פּ. ס. קאָננאלי אָן אויף א געוויסער שטע- 
לע אין איהר, וואו עס האַנדעלט זיך וװענען דעם בריף, װאָס 


די פרענק דראַמא 208 


פרענק האָט געשריבען צו זיין אָנקעל? דעם שבת פון דעם מאָרד. 
פרענק רעדט דאָרטען ווענען דעם ביזנעס-:צושטאנד אין דער 
פּענסי? פעקטאָרי, ווענען דעם יום-טוב און דעם מאַרטש פון די 
אַלטע סאָלדאַטען (דעם װאָרט ,יום-טוב" האָט פרענק געשרי- 
בען אויף דעם יהודים'שען שטייגער --- יאָנטיף. -- און אַזױ 
האָט דאָס דאָרסי אַרױסנערעדט אין זיין אַרנומענט פאַר די 
צוועלף מענער) פרענק באמערקט אין זיין בריף, אַז קיין 
וויכטינע נייעס האָט אין די עטליכע טעג, װאָס זיינען אַװעק 
זינט דער אָנקעל אין אָפּנעפאָהרען פון אטלאנטא, ניט געטראָ- 
פען, און ער דריקט עס אויס אַזױ: 

,די צייט איז צו קורץ, אַן עס זאָל קענען האָבען פּאַסירט 
עפּעס איבערראַשענדעס". 

פון דיזע עטליכע אונבאדייטענדע און נאַנץ נאַטירליכע 
ווערטער האָט דאָרסי נעמאַכט אַ נאַנצען וועזען. ער האָט זיי אי- 
בערנעלייענט פאַר דער דזשורי אויף א מעלאָדראַמאַטישען שטיי- 
גער, און איבערנעלייענט אַ צווייטען מאָל, פּונקט װוי אין זיי װאָלט 
נעשטעקט אַ שלאַנענדער באַווייז, אַז פרענק האָט אין יענעם 
טאָנ ערמאָרדעט א מענשען. 

--- איהר פֿאַרשטעהט? ,עפּעס איבערראַשענדעס!?. -- 
האָט ער געשריען, טייטלענדיג מיט'ן פיננער אויף די , שרעקליבע" 
שורות. פרענק -- האָט דאָס געזאָלט הייסען -- האָט די דאָ- 
זינע פּאַר ווערטער געברויכט, וייל זיין מוח איז געווען פול 
מיט דער איבערראשענדער פּאַסירוננ פון יענעם טאָג, מיט דעם 
מאָרד פון מערי פיינען, װאָס ער אין דאַן באַגאַנגען.. 

װאָס אַנבאטרעפט דעם מאַרש פון די פּאַטריאָטען פון דער 
סאוטה, לכבוד דעם ייאָנטיף", האָט דאָרסי מיט דעם גע" 
מאַבט אֵַן אַנטיסעמיטישען דזשאַב. 

--- אָס פאַר אַן אינטערעס קען פרענק'ס אָנקעל האָבען 
אין דעם פּאַטדיאָטישען פּאַראַד פון אונזערע קאָנפעדערייטס ?*) 


*) די רעפּובליק װאָס די סאַוטה האָט געגרונדעט, ווען זי האָט זיך 
אָפּגעטיילםט פון די פאַראוונוגטע שטאַטען אין 1861, האָט געהויסן ,קאַנ- 
פעדערייט סמווטס" און איחר אַרמעע וועלכע האָט געקעמפט אין יענער 
מלחמה איוו בעקאַנט אַלס דו ,קאָנפּעדערווט אַרמעע". 





406 | בלעטער פון מיין לעבען' 


, איהם אינטערעסירט נאָר די פראַנע וויפי? פּראָפיט די פּענסיל 
פּעקטאָרי ברעננט איהם איין!? -- האָט ער אויסגעשריען. 

דער אמת איז, אז פרענק'ס אָנקעל? אין אַליין געװוען אַ 
קאָנפעדערייט. אין יאָהֶר 1801 האָט ער זיך אָנגעשלאָסען אֶן 
דער אַרמײ פוֹן דער סאוטה און אין געװען אויפ'ן שלאבט- 
פעלד. מילא פון דעם האָט דאָרסי גראָד ניט געוואוסט. די 
גאַנצע שטיקעל? אַנטיסעמיטיזם, װאָס ער האָט דאָ אַרינגע- 
שטעלט, איז סתם געווען אַ שטיק אונזין און נאָך אַ גרעסערע 
שטיק דעמאנאָניע. חוזק מאַכענדיג פון פרענס'ם אָנקע? אַלס אַ 
אידען, װאָס קען ניט זיין קיין פּאַטריאָט און וייס נאָר פון 
געלט, האָט ער פרענק'ען פאָרגעשטעלט אַלס ,אַן עפּע? װאָס 
פאַלט ניט ווייט פון בוים... | 

דאָס איז ניט געווען די איינצינע טיי? פון דאָרסי'ס רעדע, 
וועלבכע האָט גנעשמעקט מיט אַנטיסעמיטישע ניפט. עס זיינען געווען 
אַנדערע אויך, הנם דאָרטען האָט ער זיין אנטיסעמיטיזם אַרײנ- 
געשמונעלט אונטער דער מאסקע פון אידען-פריינדשאַפט. 

ר. ד, אַרנאָלד, דער הויפּט רעדנער פאַר פרענק'ען, האָט 
אין זיין שלוס-װואָרט אָנגעריחרט די אידען-פראנע (ער האָט נעמ- 
ליך באַשולדינט די פּאָליציי און דאָרְסי'ן, אז זיי פאַרפאָלנען 
פרענק'ען דערפאר װאָס ער אין אַ איד). דאָס אין געווען אַ 
ניט-בארעכענטער שריט פון מיסטער אַרנאָלד'ס זייט ‏ עס האָט 
דאָרסי'ן נענעבען אַ געלענענהייט צו מאַכען אַ כיטרע גענען- 
ערקלערונג, וועלכע האָט איהם געהאָלפען פאַרטומלען די קעפּ ביי 
דער דזשורי. ווען דאָרסי האָט געהאט דאָס װאָרט, האָט ער 
דיזע באַשולדינונג צוריקגעשטויסען און מיט נרויס פּאַראַד האָט 
ער אַרוױיסנעשטעלט דעם פאַקט, אַז זיין איינענער פּאַרטנער 
איז אַ איד, אז זיין אינטימער חבר אין קאלעדוש, מיט וע- 
מען ער האָט אימער געוואוינט אין איין צימער, אין געווען 
אַ איד ; אַז צווישען זיינע בעסטע פריינד, און זיין פרוי'ס בעסטע 
פריינד, געפינען זיך אידען. ער האָט. געלױיבט דאָס אידישע 
פּאָלק אין אלנעמיין און אָנגעוויזען אויף זייערע נרויסע און 
שעהנע מענער. ער האָט ערקלערט אַז פרענק ווערט נע'משפט 
ניט וויי? ער אין א איד, נאָר בלויז ויי? ער אין באַגאַנגען 


דו פרענק דראַמא 207 


אַן עקעלהאַפטען מאָרד, אָבער דערביי האָט ער אויך אויסנע- 
רעכענט אידישע פאַרברעכער, הויפּטזעכליך אַזעלכע װאָס זייערע 
פּראָצעסען זיינען געווען באקאנט איבער'ן גאַנצען לאַנד, דעם 
פַּראָצעס געגען די ניוזיארקער געננסטערס, וועמען דער פּאֶליס 
קעפּטען בעקער האָט געדונגען צו ערמאָרדען ראָזענטאַלען (זעה 
אויבען, פּיידזש 244) און אַנדערע ‏ און ער האָט דאָס געטאָן 
אַזױ, אַז עס איז אויסגעקומען, אַז אידען זיינען דאָך א פאָלק פון 
פאַרברעכער, מענשען װאָס פאַר נעלט זיינען זיי בערייט אָפּצוטאָן 
דאָס ערגסטע, װאָס מען קען נאָר געפינען אין די קרימינאַל ביכער. 
דער אַרנומענט האָט שטאַרקער געמאַכט די אַנטיסעמיטישע 
ניפט, װאָס מען האָט אַריננענאָסען אין דער קייס. אידען זיינען 
שלעכטע מענשען. עס האָט נעהייסען: א נענער גענען אַ 
ווייסען קריסט קען מען טאַקע ניט גליבען, גענען א אידען 
אָבער יאָ! 

בשעת פרענק האָט געמאַכט זיין סטייטמענט אין קאורט, 
האָט דאָרסי געזעהן די טרערען, װאָס האָבען געבליסטשעט אין 
די אוינען פון איינינע דזשוראָרס. האָט ער זיך אויף פרענק'ס 
רעדע אָפּנעשטעלט אַביסעל, ער האָט איהר אָבער כאַראַקטע- 
ריזירט אַלס אַ פאַלשען אָנשטעל, 

--- פרענק אין א גלענצענדער אַקטיאָר! -- האָט ער גע- 
שריען. 

יעדעס מאָל ווען דאָרסי איז אַרױיס אויפ'ן נאס, אין דער 
מיטאַנ-שטונדע אָדער שפּעטער, ווען מען אין שוין געגאַנגען 
אַהים, האָט דער מאב איהם באַגריסט מיט הילכענדע הורראס. 

ווען ער איז אין זיין רעדע צונעקומען צו דער סצענע וי 
פרענק האָט אַטאַקירט מערי פיינען (לויט זיין באַהופּטונג), האָט 
ער דאָס נעמאַכט העכסט דראַמאַטיש. ער האָט פאָרגעשטעלט וי 
פרענק פאַרשטיקט איהר די מויל מיט איהר איינענער קליידעל. 

-- אַזױ האָט ער שטי? נעמאַכט די אומנליקליכע מי- 
דעלע, וועלכע איז נעשטאָרבען באַשיצענדינ איהר עהרע! -- האָט 
ער אויסגעשריען,. און האַלטענדינ אין דער הויך מערי פיינען'ס 
פאַרבלוטינטע קליידע? האָט ער צו דער דזשורי געזאָנט מיט אַ 
טאָן פון געבעט : 


408 בלעטער פון מיין לעבען 


--- איך בעט אייך דאָס צו באַקוקען! איך בעט אייך דאָס 
צו באַקוקען ! 

ביי דיזע ווערטער האָט זיך דערהערט אַ היסטערישער נע- 
שריי פון מערי'ס מוטער, זי האָט געשריען ביי דריי מינוט נאָב- 
אַנאַנד. פרענק'ס פרוי און איהר מוטער האָבען צוגעדעקט זיי- 
ערע אויגען, זיי זיינען נעזעסען טרייסלענדיג זיך פון געויין. 

די אַנװעזענדע זיינען אויפנעשפּרונגען און פילע פון זיי האַ- 
בען זיך געכאַפּט פאר זייערע פּיסטאָל-פּאקעטס (די קעשענעס 
וואו מען האַלט א פּיסטאָלעט), די קאורט-וועכטער האָבען זיך 
דערשראַָקען אוֹן גענומען שרייען: אָרדער! אָרדער!" 
דזשאָדזש ראָון איז געװאָרען בלייך װוי די װאַנט. ‏ עס האָט 
געשמעקט מיט אַן איבערפאַל אויף פרענק'ען. אֶט, אָט און מען 
יצורייסט איהם אויף שטיקער... 
עס איז אָבער דערצו ניט געקומען. 


אין יענע טעג האָבען ביי די אידען פון אטלאנטא די הער" 
צער האַסטיג געקלאפּט. זיי האָבען געזעהן, אז דער אונשו?- 
דינער אידישער יונגערמאַן אין אין אַ שרעקליכער נעפאהר צו 
פאַלען אַלס אָפּפּער צו דער אויפגעפלאַמטער ראַכע-לוסט פון דער 
מאַסע. פילע פון זיי זיינען בערייט געװוען צו שטעלען זייערע 
אייגענע לעבענס אין געפאַחר אום פרענק'ען צו ראַטעװען. צום 
ביישפּי?: פופציג אידישע יונגע לייט האָבען אומישנע פארנומען 
פופציג פּלעצער אין קאורט, כדי דער פיינדליכער קראוד זאָל 
זיין קלענער און די געשרייען, מיט וועלכע די צוהערער האָבען 
צוגעגעבען דאָרסי'ן מוט, זאָלען ניט קלינגען אַזױי שטארק. דאָס 
האָט זיך אָבער ניט געמערקט. עס האָט זיך נעפיהלט נאָר איין 
זאך --- אַז דער קאָורט זאָל האַלט מיט דאָרסי'ן נענען פרענק'ען. 


298 
מען האָט מורא פאַר אַן איבערפאַל אויף פרענק'ען און פאַר 
אַ בלוטיגען פּאָגראָם אויף אלע אידען. 
די רעדאקטאָרען פון אַלע אטלאנטעד צייטוננען האָבען זיך 
אונטערגעשריבען אויף אַ ביטע צו דזשאַדזש ראָון, אַז דאָרסי'ס 


די פרענק דראַמא : 209 


רעדע זאָל אונטערבראָכען ווערען אויף אַ פֹּאֶר טענ ער האָט 
געזאָלט ענדיגען רעדען שבת; אָבער אין אַזא טאָג װאָלט גע- 
ווען אַ גרויסע געפאהר די קייס איבערצונעבען צו דער דזשורי. 
שנת פאָהרען זיך אין אטלאנטא אָן א פך מענשען פון די אַרו- 
מינע שטעדטלעך, און פילע פון די שטאָדט-מענשען זיינען דאן 
פריי פון דער אַרבייט, דער מאַב פון אַטלאַנטא אוֹן דיזע אוי- 
סערליכע מאַסע זיינען געווען אויפנעהעצט נגעגען פרענק'ען. יי 
האָבען מיט אומנעדולד געווארט אויפ'ן װערדיקט. האָט מען 
מורא געהאט אז מען װועט פרענק'ען לינטשען, צי דער ווערדיקט 
װועט זיין גענען איהם, צי פאַר איהם. דער מאַב האָט בוכ- 
שטעבליך געברענט מיט אַ באַנער נאָך זיין בלוט. און מען 
האָט מורא געהאַט פאַר אן איכערפאַל ניט נאָר אויף איהם נאָר 
אויף אַלע אידען. | 

די , אטלאנטא קאָנסטיטושאָן", די וויכטינסטע צייטונג אין 
שטאָדט, האָט דערנאָך דערצעהלט : 

,עס איז געווען באקאנט, אַז אַ ווערדיקט 'ניט שולדיג' װאָלט 
ארויסנערופען אַזאַ ראַיאָט, פון וועלכען דאָס לאַנד װאָלט ער- 
שיטערט געווארען. די נאַסען פון אטלאנטא װאָלטען פאַרפלייצט 
געווארען מיט בלוט". 

דער אמת איז, אַז מען האָט אויך מורא נגעהאַט פאר בלן- 
טינע סצענעס, אפילו ווען פרענק זאָל נגעפונען װערען שולריג, 
מען האָט געציטערט פאַר א באַװאַפענטער אַטאַקע אויף דעם 
טאַוער, די געפענגניס, וואו מען האָט איהם געהאַלטען, און 
אויף דער נאָס וואו עס וואוינען א סך אידען. 

דער. נאַװערנאָר און דער שטאָדט מעיאָר זיינען געווען אונ- 
רוהינ. די נאנצע שטאָדט איז נגעווען אונרוהיג. 

אלזאָ, האָט דזשאָדזש ראון גערופען דעם טשיף אִוו פֹּאַ- 
לים (פּאַליצייימייסטער) און דעָם הויפּטמאַן פון דער מיליץ צו 
זיך אין קאורט-רום און דאָרטען אין זיין אַנועזענהייט האָבען 
זיי זיך באַראַטען װי צו באַשיצען פרענק'ען און אַלע אידען. 

דערנאָך האָט דער דזשאָדזש דעם סאַָליסיטאָר-דזשענערא? 
און די לאיערס פון דעם אַנדערען צד אַריינגערופען אין דעם 
נעקסטען צימער און זיי נעמאַכט אַ פאָרשלאַנ, אַזן בשעת די 


40 בלעטער פון מיין לעבען 


דזשורי װועט אַריינברענגען איהר ווערדיקט, זאָל פרענק ניט זיין 
אין קאורט רוֹם. דאָס אין אַ גאַנץ אונגעוועהנליכע זאַך, װאָרים 
לויט דעם געזעץ מוז דער אָננעקלאָנטער דאַן זיין אין קאורט. עס 
איז אָבער געווען אַ פראַנע פון ראַטעװען פרענק'ען פון אַ פינ- 
טשעריי, און זיינע לאַיערס האָבען זיך אונטערגעשריבען אַז 
זיי זיינען מרוצה אויף דעם. 

דעם שלוס פון דאָרסי'ס רעדע האָט מען אָפּנעלײנט אויף 
מאַנטאָג. 

מאָנטאָג, ווען דאָרסי האָט געענדינט זיין דריי-טאַנינע אַנ- 
טאַציע, זיינען זיינע לעצטע ווערטער געווען : 

,עס קען זיין נאָר איין מיינונג, נאָר איין װערדיקט: , מיר, 
די דזשורי, געפינען דיזען פּריזאָנער נילטי! גילטי! נילטי! 
(שולדיג !)" 

ער האָט דאָס אַרױיסגערעדט מיט לאַננזאַמע טענער, מײַט א 
מאָדנער דראמאַטישקייט. 

נים ווייט פוֹן דעם קאורט געפינט זיך אַ קאטוילישע קירכע. 
עס איז דאַן געווען פּונקט צוועלף אוהר, און אין דער קירכע האָ- 
בען געקלוננען די גלאַקען. דער סאָליסיטאָר-דזשענערא? האָט 
זיין רעדע געענדיגט אונטער זייערע קופּערנע, פייערליך-אומעטינע 
קלאַנגען, אַזױ װוי די גלאָקען װאָלטען אַקאָמפּאַנירט זיינע ווער- 
טער : | 

;גילטי } גילטי! גילטי!" 

דער עפעקט איז געווען אַן אונגעהייערער דער אבערנלוי- 
ביגער עוֹלם האָט אין דעם רעליניעזען אַקאָמפּאַנימענט געזעהן 
אַ באַשטעטיגונג פון הימעל, אַז פרענק איז , שולדינ! שולדינ! 
שולדינ |" 

דורך די אָפענע פענסטער אין פון דרויסען אריינגעקומען 
אַן אויפגערענטע הוזשעריי, אַ בייזער געפילדער פון טויזענדער 
שטימען. 

פרענק'ס פריינד זיינען אין קאורטדום געזעסען מיט צי- 
טערענדע הערצער. 

דזשאָדזש ראָון איז אויך געווען צושראָקען, 

אין זיין , טשאַרדזש" צו דער דזשורי (די לעקציע װאָס אַ 


די פרענק דראַמא 211 


ריכטער האַלט פֿאַר די צוועלף נעשװאָרענע מענער נאָך די שלום- 
רעדעס פון די צוויי צדדים) האָט ער זיך שטרענג געהאַלטען 
ביי אַבסטראַקטע געזעץ-פראַנגען. ביי אַ וויכטינען פּראָצעס ריהרט 
דער דזשאָדזש געוועהנליך אֶן דאָס וװאָס די עדות האָבען דער- 
צעהלט אויך. ער זאָגט ניט דער דזשורי זי זאָל דעם און דעם 
עדות נלויבען אָדער ניט,. ער ווייזט בלין אָן אין װאָס עס 
באַשטעהט איהר פליכט און רעכט אין באַצוג צו די פּונקטען אי- 
בער וועלכע די צוויי צדדים װוידערשפּרעכען זיך איינער דעם אַנ- 
דערען,. אָבער אויף דיזען אַרט שטעלט ער זיך אִפּ אויף די 
סטייטמענטס פון די עדות, און ניט זעלטען, פיהלט זיך מעהר 
אָדער וויינינער זיין פּערזענליכע מיינוננ אויך דערביי, הנם ניט 
אָפען, ניט דייטליך, דזשאָדזש ראָון האָם די באַהויפּטוננען 
פון די עדות אויסנגעווייכט, אַזױ װוי ער װאָלט מורא נעהאט זיך 
צוצוריהרען צו זיי, און וי שפּעטער האָט זיך אַרויסגעציינט, 
האָט ער אַזױ געטאָן, ניט פון אונפּאַרטײיאישקײט, נאָר פּשוט 
טאַקע, ווייל ער האָט מורא נעהאָט טאָמער מערקט זיך זיין פּער- 
זענליכע מיינונג ווענען דער קייס, וועלכע אין ניט געווען גינסטינ 
צו אַ װוערדיקט פון , שולדיג". 

מיר האָבען אויבען דערצעהלט, אַזן מיט עטליכע יאֶהר 
פריהער זיינען די וייסע פון אטלאנטא באַפאַלען אַלֶע פּאָאָן 
שעפּער (פּלעצער וואו מען באָרגט געלט אויף משכנות) און 
זיך אַװעקנעלאָזען איבער'ן שטאָדט שיסען נעגערס. דאָס אין 
פאָרנגעקומען נאָכדעם, װי אַ נעגער האָט געשענדעט אַ ווייסע מיי- 
דעלע.. אין פאַרלויף פון עטליכע טענ אין דאַן פאָרנעקומען אַ 
בלוטינער פּאָנראָם, איבער פופצינ שװאַרצע האָט מען דערשאָ- 
סען אָדער נעקוילעט (נענוי אין די צאָהל קיין מאָל ניט באַ- 
שטימט נעווארען, װאָרים דאָס לעבען פון א שווארצען האָט אין 
דער סאוטה ניט מער ווערט וי דאָס לעבען פון אַ קאץ). אלןאָ, 
האָט מען זיך איצט דערמאָנט אָן יענער בלוטיגער מהומה. מען 
האָט זיך נעשראָקען טאָמער מאַכט דער ווילדער מאַב איצט אַן 
עהנליכע בלוט-באָד אויף װאַשיננטאָן סטריט, וואו עס וואוינען 
אַ סך אידען. די פּאַליציי האָט איצט דעריבער אַװעקנעשיקט 


איהרע מענשען אין די פּאָאָן-שעפּער און זיי האָבען פון דאָרטען 


479 בלעמער פון מיין לעבען 


צונענומען אלע פּיסטאָלעטען. דאָס איז געווען איינער פון די 
מיטלען װאָס זי האָט גענומען צו באַװאָרענען די אידען נעגען אַ 
פּאָנראָם, זי האָט געגאַרט נאָך אַ וערדיקט ,גילטי" געגען 
פרענק'ען,. קיין פּאָנראָמען און לינטשערייען האָבען זיך איהר 
אָבער ניט געלוינט. דאָס װאָלט דער שטאָדט אטלאנטא גענע- 
בען א מיאוס'ען נאָמען איבער'ן לאנד און די פּאָליציי וואָלְט 
פון דעם אויך קיין האָניג נים געלעקט, 


26 


סצענעס נאָכ'ן װערדיקט. --- וי אַזױ פרענק האָט זיך 
דערוואוסט, 


דרייצען מינוט צו איינס אוהך מאָנטאָג, דעם פ2טען אוגוסט, 
8, האָט מען די דזשורי אַוועקנעפיהרט אין אַ רעסטאָראַן צו 
מיטאָג, אין עטליכע מינוטען אַרום אין פון קאורט אַרויסנע- 
קומען דאָרסי. ווען דער קראוך האָט איהם דערזעהן אין נע- 
װאָרען אַ ווילדער געשריי: ,חוררא פאר דאָרסי'ן! הוררא 
פאר דאָרסי'ן !" 

דער טאַוער איז געווען באַװאַכט מיט פופציג באַואפענטע 
דעפּיוטי שעריפס און אין דער שטאָדטישער קאַזאַרמע איז געווען 
נענרייט מיליטער. 

אין אַ שטונדע אַרום האָט מען די דזשורי נעבראַכט צוריק 
אין קאורט. מען האָט איהר אַרויפנעפיהרט אויפ'ן דריטען 
עטאזש אין א באַראַטוננס-צימער. דאָרטען האָבען די צוועלף 
מענער געזאָלט דיסקוטירען די פראַנע: אין פרענק שולדינ 
אָדער ניט 1... 

די פענסטער זיינען נעווען אָפען, אונטען זיינען די נאַסען 
געווען געפּאַקט מיט צואוילדעטע, פיבעריש אוננעדולדינע 
מענשען... די צוועלף דזשורילייט האָבען דורך די אָפענע פענס- 
טער נעהערט זייערע דורשטיגע געשרייען נאָך פרענק'ס בלוט. 

אונטער דיזע אומשטענדען האָבען זיי זיך , באַראַטען?. אונ- 
טער דיזען איינפלוס האָבען זיי , באַטראַכט? דאָס, װאָס די עדות 


האָבען אין קאורט דערצעהלט גענען פרענק'ען אָדער פאַר איהם. 
* * * 


די פרענק דראַמא 478 


פיר אַזיינער נאָך מיטאָנ אין די דזשורי פאַרטינ געװאָרען 
מיט איהר באַראַטונג. ‏ דער דזשאָדזש איזן צוריקנעקומען אין 
קאורט רום,. באַלד האָט מען אַריײנגעבראַכט די צוועלף מענער. 
עס איז געווען אַ זאָנדערבאַרע סצענע,. דער קאורט-רום איז גע- 
ווען פּוסט. קיין עולם האָט מען נים אַריננעלאָזען. און דער 
באַשולדינטער, דער הויפּט , מחותן" פון דעם טרייעל אין אויך 
ניט געווען. 

דער פאָרמאַן פון דער דזשורי האָט ערקלערט דעם ווערדיקט ; 

, גילטי !" 

וי דער שטיינער איז, האָט מען דערנאָך איבערנעפרענט יע- 
דען דזשוראָר באַזונדער, אויב דאָס איז זיין װוערדיקט, און ער 
האָט געענטפערט אַז יאַָ! בשעת דאָס איז פאָרנעקומען איז דער 
ליאַרם, װאָס האָט אַריינגעדרוננען פון נאָס, געווען אַזױ גרויס, 
אַז עס איז שווער געווען צו הערען דעם ייאָ", װאָס די דזשו- 
ראָרס האָבען נעגעבען,. און דער ליאַרם אין באַשטאַנען אין 
ווילדע הוררא נעשרייען,. ואָרים א פֹּאֶר צענדליג פון דער דרוי" 
סענדינגער מאַסע, די וואס זיינען געשטאַנען ביי די סאַמע פענס- 
טער, האָבען געהערט דעם װאָרט ,נילטי !" און זיי האָבען דאָס 
איבערנעזאָנט פאַר די אַנדערע. עס איןז נעווארען א נעשרי 

-- נילְטי! נילטי! נילטי! החוררא ! הוררא! 

ניט וויים פון דאָרטען האָט אַ רעפּאָרטער דעם וװערדיקט 
טעלעפאָנירט צו זיין צייטוננ, ‏ דער פענסטער פון דעם צימער 
איז נגעווען אָפען און ווען פון דרויסען האָט מען נעהערט וי ער 
זאָנט , נילטי !? אין אויף יענער נאָס דער װאָרט איבערנענאננען 
פון מויל צו מויל עס האָט זיך פאַרשפּרײט אַ חוררא:נעשריי 
עהנליכעס איז פאָרנעקומען אין אַנדערע ערטער. די געשרייען 
פון פאַרשידענע פּלעצער האָבען זיך צוזאמעננענאָסען אין איין 
ריזינער כוואליע פון ווילדע קולות. 

די כװאַליע איז נענאַנגען פון קװאַרטאַל צו קװאַרטאַל ביז 
די נאַנצע שטאָדט האָט ואַהנזינינ גענוואלדעװעט: 

נילטי } הוררא! הוררא! הוררא!" 

קאַנדוקטאָרס און מאָטאָר-מען זיינען אַראָפּנעשפּרוננען פון 
זייערע קאַרס (טראַמװייס), צונעשטאַנען צו דער געדיכטער און 


414 בלעטער פון מיון לעבען 


שנעל ואַקסענדער מאַסע און צוזאמען מיט די אַנדערע האָבען זיי 
געשריען , הוררא" מיט אַלע כחות. ‏ אין די קראַָמען האָבען די 
פארקויפערינס און די קויפערס אַפּלאָדירט און געשריען , הורראַ !" 

דאָרסי האָט זיך ווידער באַװויזען אויפ'ן נאַס. דער מאַב האָט 
איהם ווידער געטראָגען אויף זיך, איבערנעבענדינ איהם פון 
פּלייצע צו פּלײיצע. דער הוררא געשריי לכבוד דעם ,העלד פון 
טאָג" האָט נאָך איבערגעשטייגט די פריהערדינע קולות. 

און דער , העלד פון טאָג" האָט אַראָפּנענומען זיין הוט און 
טרערען פון נליק און דאַנקבאַרקײט האָבען נגערונען איבער זיינע 
באַקען. 


אַ טייל פון דעם עולם האָט זיך אַװעקגעלאָזט צו דער 
פּענסיל פּעקטאָרי און דאָרטען האָבען זיי געמאַרשירט היןאון- 
צוריק און געזונגען אין א טריאומף-פּאַראַד, 

נאָך מיטאָג אין דער װערדיקט אַנאָנסירט געװאָרען ביי 
דער בעיזיבאָל געים (באַל-שפּיל). און אוֹיף איינינע מינוטען 
האָבען די טויזענדער ליידענשאַפטליכע בעיז-באָל ,חסידים" זיך 
פאַרגעסען אָן דער געים און פאַרהילכט דעם גענענד מיט היסטע- 
רישע יובעל קולות. 

די טעלעפאַָנען פון שטאָדט האָבען ניט אויפגעהערט צו 
קלינגען, ,װאָס אין דער װערדיקט ?? ,װאָס אין דער וער- 
דיקט ?7" האָט מען געפרעגט איבער די דראָטען, די צאָה? טעלע- 
פאָן פארבינדונגען וואס זיינען געמאַכט געװאָרען יענעם מאָנטאָג 
נאָכמיטאג איז געווען מעהר וי דריי מאָל אַזופיל װי אין א גע- 
וועהנליכען מאָנטאָג נאָבמיטאג. 

* * * 


פרענק האָט געװאַרט אויפ'ן װוערדיקט אין פּריזאָן מיט 
איהם צוזאַמען זיינען דאָרטען געווען זיין פרוי און דר, מאַרקס, 
דער ראַבינער פוֹן דעם אטלאַנטער רעפאָרם טעמפּעל. עס זי- 
נען פוֹן קאורט געקומען פרענק'ס אינטימע פריינד --- דר, וויל- 
דאוער און סעמוע? בורשטיין. מען האָט געפּרופט די טראנישע 
בשורה אָפּליינען. אָבער באַלד האָט די סטריט גענומען הילכען 
מיט דעם געשריי פוֹן ניוס-באָיס (צייטונגס-פאַרקויפער). דאַן 


דן פרענק דראַמא 478 


האָט דר. מאַרקס פרענק'ען נענומען פאַר'ן האַנט און מיט ליבע 
און טיפען רחמנות אין די אוינען האָט ער געזאָגט: 

-- ליאָ, דער װוערדיקט איז נענען אונז. האָב מוט, מיין 
קינד. 

פרענק איז צונענאַנגען צו זיין פרוי און איהר א שטאַר- 
קען קוש נעטאָן, זי האָט איהם צונעדריקט צו זיך און אַ פּאָך 
מינוטען זיינען זיי אַזױ נעשטאַנען און זיך נעקוקט צערטליך 
אין די אוינען. 

ענדליך האָט מיסעס פרענק ניט אויסנעהאַלטען. זי האָט 
זיך צואוויינט אויפ'ן קול, מיט אַ ביטערען, היסטערישען יאָמער, 
און איז געפאַלען אין אָנמאַכט, 

די סצענע האָבען פאר סיר נעשילדערט דר. וילדאוער, 
סעמיוע? בורשטיין און דר. מארקס, 


21 


דער ריכטער צווייפעלם אַז פרענק איז דער מערדער, דאָך 
פאראורטיילט ער איהם צום מוים. 


אויף מאָרנען, דינסטאָג, האָט מען פרענק'ען נעבראכט אין 
קאורט, אויסצוהערען דעם דזשאָדזש'עס פּסק. אֶהן דעם באַשול- 
דיגטען קען דאָס נאַטירליך ניט פאָרקומען. מען האָט איהם גע- 
בראַכט מיט אַ גדויסער װאַך. ארום דער קאורט נעביידע האָט 
זיך אויך געפונען אַ שטאַרקע ואך. 

דזשאָדזש ראָון האָט איהם פאַראורטיילט צום טויט, און 
אַלס דעם טאָג ווען ער זאָל שטאַרבען, האָט ער באַשטימט דעם 
0טען אָקטאָבער, 

איינער פון פרענק'ס לאִיערס האָט געמאַכט אַ מאָושאן (אַ 
פאָרשלאַנ, אַ פאָדערונג) מען זאָל פרענק'ען געבען א נייעם 
טרייעל, ווייל?ל דער מאב אין נעווען פיינדליך צו דעם באַשול- 
דינטען, און האָט מיט די דעמאָנסטראַציעס נענען איהם און פאַר 
דאָרסי'ן בעאיינפלוסט די דזשורי. דזשאָדזש ראָון האָט דעם פאָך- 
שלאנ צוריקנעוויזען, און דערביי האָט ער נעמאכט אַ שטוינענדע 
ערקלערונג, 

,איך האָב וועגען דעם ענין אַ סך געקלערם -- האָט ער 


26 בלעמער פון מיין לעבען 


געזאָגט צו פרענק'ס לאִיערס. --- די פראַנע האָט מיר פאַרשאַמט 
מעהר זאָרנ װוי אירנענד וועלכע אַנדערע קייס, װאָס איך האָב ווען 
עס איז געהאַט,. און איך פון זאָנען, אַן הגם איך האָב אין 
פאַרלויף פון דרייסיג טעג זיך צוגעהערט צו די עדות און צו די 
דעדעס פון ביידע צדדים, ווייס איך נאָך ביז חיינט ניט, צי פרענק 
איז אונשולדיג, צי שולדינ. אָבער איך בין ניט דער, ווער עס 
דאַרף זיין איבערציינגט. וויכטינ איז, אַז די דזשורי זאָל זיין 
איבערציינט, און זי אין איבערציינט אַזן פרענק אין שולדיג. 
איך פיח? דעריבער, אז עס איז מיין פליכט דעם מאָושאָן ווענען 
אַ נייעם טרייעל צו ענטזאנען. 

וועגען דיזע ווערטער זיינע האָט מען דערנאָך א סך גערעדט 
צווישען לאיערס און דזשאָדזשעס איבער'ן נאַנצען לאַנד. זיין 
ערקלערונג איז שאַרף סריטיקירט נעװאָרען, ואָרים אומעטום 
ווערט אנערקענט, אַז ווען אַ דזשאָדזש איז ניט איבערצייגט אין 
דער ריכטיגקייט פון אַ ווערדיקט, האָט ער אַ רעכט דעם וער- 
דיקט מבט? צו זיין און צו באַשטימען אַ נייעם פּראָצעס. דאָס 
טרעפט זיך נאַנץ אָפּט און אומעטום. 

דזשאָדזש ראָון האָט איינפאַך קיין מוט ניט געהאט צו 
שטעלען זיך נענען דער אויפגעהעצטער עפענטליכער מיינונג. ער 
איז געווען טעראָריזירט פון דעם מאַב פּונקט וי די דזשורי אין 
געווען טעראָריזירט פון דעם מאַב. אַלזאָ, האָט ער די פאַראַנט- 
װאָרטליכקײיט פאַר דעם הימעל-שרייענדען אומרעכט ארויפגע- 
װאָרפען אויף די צוועלף געשװאָרענע. 


21 


פרענק אַפּעלירט און זיין אפּיל ווערט צוריקגעוויזען מיט 
פיר שטימען געגען צוויי. --- דזשים קאָנלי װערט 
| פּאַראורטיילט אויף איין יאָהר. 


פרענק'ס לאַיערס האָבען אַפּעלירט צו דעם סופּרים קאורט 
אוו דזשאָרדזשיא, צו דעם העכסטען געריכט אין סטייט. דער 
אַפּיל (אַפּעלאַציע) האָט זיך באַצױיגען אויף דעם, װאָס דזשאָדזש 
ראָון האָט זיך ענטזאנט פרענק'ען צו געבען אַ נייעם טרייעל, 
טראָץ דעם פטייטמענט װאָס ער האָט דערביי געמאַכט, דאָס ער 


סאַליסיטאָר דזשענערא? דאָרסי 


דזשאָדזש 


ראָון 





. 














די פרענק דראַמא 477 


איז ניט איבערציינט אַז פרענק איז שולדינ,. אויך אין אין דעם 
אַפּי? אָנגעוויזען געװאָרען אויף דער פיינדליכער האַלטונג פון 
דעם עולם ביים טרייע?ל, די פאַרטייריגונג האָט גע'טענה'ט, אַז 
מיט דיזער האלטונג האָבען די אנוועזענדע געװוירקט אויף דער 
דזשורי און אַז אונטער אַזעלכע אומשטענדען האָט קיין אונ" 
פּאַרטייאישער װוערדיקט ניט געקענט אַרוסקומען. דער אַמּיל 
האָט ענטהאלטען נאָך אַ פֹּאֶר פּונקטען. 

עס האָט געדויערט נאָהענט צו זעקס מאָנאַטען איידער דער 
הויכער געריכט איז צונעקומען צו דער פרענק קייס און ארויס- 
געגעבען זיין ענטשיירונג. 

די ענטשיידונג איז אַנאָנסירט געווארען דעם 17טען פעב- 
רואַר, 1914,. דער אַפּיל אין צוריקגעוויזען געװאָרען; אָבער 
ניט איינשטימינ. דער סופּרים קאורט אוו דזשאַרדזשיאַ באַשטעהט 
פון זעקס ריכטער, האָבען צוויי פון זיי --- דער פאָרזיצער און 
נאָך איינער --- געשטימט דערפאר, אַז דער פאַקט, דאָס דזשאָדזש 
ראָון אין ניט געווען איבערציינט אַז פרענק איזן שולדיג, אין 
א וויכטינע אורזאַכע פרענק'ען צו נגעבען אַ נייעם פּראָצעס. אין 
זייער ערקלערונג האָבען זיי אָנגעוויזען אויף נאָך אַ פּונקט און 
אָנגענעבען נאָך אַן אורזאַך, פארװאָס דער טרייעל דאַרף ניט 
אנערקענט וװערען: אויף דעם דאָזינען טרייעל האָט מען צו- 
געלאָזען עדות, וועלכע האָכען דערצעהלט, אז פרענק האָט זיך 
מיאוס אויפנגעפיהרט פריהער, איידער מערי פיינען אין ערמאָר" 
דעט. געװאָרען, און פאַר פריהערדינע מעשים האָט מען דאָך 
פרענק'ען אויף זיין טרייעל ניט גע'משפּט. 

דער עיקר אָבער, װאָס האָט געמאַכט אַן איינדרוק, אין גע" 
ווען די מיינונג פון די צוויי דזשאָדזשעס, אז דאָס װאָס דזשאָדזש 
ראָון האָט אַלֵיין ניט געגלויבט אין דעם װערדיקט, איז א גוטער 
גרונט דעם װערדיקט צו באזייטינען און פרענק'ען צו געבען אַ 
נייעם טרייעל, די מאַיאָריטעט פון די זעקס דזשאָדזשעס איז 
אָבער געווען גענען אַ נייעם טרייעל, 

װאָס אנבאַטרעפט דעם אַפּיל און דער ענטשיידונג דאַרף 
מען באַמערקען, אַז דער סופּרים קאורט אֶָוו דזשאָרדזשיא קען 
נאָר באַטדאַכטען אויב א פּראָצעס איזן געפיהרט געווארען גע" 


8 


478 בלעמער פון מוון לעבען 


זעצליך. אין פראַנען פון אמת אָדער לינען, צי דעם אָדער יענעם 
עדות קען מען נלויבען אָדער ניט -- אין אַזעלכע פראגען קען 
ער זיך ניט מישען, אַזױי איז באַשטימט אין דער סטייט קאָן- 
סטיטוציע פון דזשאָרדזשיא. אַזעלכע פראַנען זיינען נאָר פאַר 
דער דזשורי אָדער פאַר דעם דזשאָדזש, װאָס פיהרט דעם טרייעל, 
אויב דער דזשאָדזש גלויבט, אַז דער װערדיקט איז ניט קיין 
גערעכטער, מעג ער איהם פסל'ען און באשטימען א נייעם 
טרייעל, 


עס האָט אַלזאָ געהייסען, אַז דער קאָורט אֶוו אַפּילס פון 
דזשאָרדזשיא געפינט, אַז דער טרייעל?ל אין נעפיהרט געװאָרען 
פאָלשטענדיג געזעצליך, 

*ִ * א 

סופף פעברואַר, 1914, האָט מען גע'משפּט קאָנלי'ן -- ניט 
פאר מאָרד, נאָר בלויזן אויף דער באַשולדיגונג אז ער אין נע- 
ווען אַן , אקסעסאָרי? (אַ זייטינער, ניט אַקטיווער צוהעלפער), 
ביי דעם מאָרד פון מערי פיינען. דאָרסי, אַלס סאָליסיטאָך- 
דזשענעראל, האָט געפאָדערט אז מען זאָל איהם אין נאַנצען באַ- 
פרייען. דער ריכטער האָט איהם אָבער פאראורטיילט אויף איין 
יאֶהר פּריזאָן. 


8 


מען פאראורטיילט פרענק'ען צו שמאַרבען אין זיין גע- 
בורטס-טאָג. -- זיין רעדע דערביי. --- ער לאָזט אַרױס א 
געשריבענע ערקלערונג צום פּוכליקום, 


צוליב דעם אַפּיל אין דער-אורטיי? גענען פרענק'ען אין 
דעם באַשטימטען טאָג ניט דורכנעפיהרט געװאָרען, און אַזױי וי 
דעם אַפּיל האָט ער פאַרלאָרען, האָט מען איהם וידער פאַראור- 
טיילט צום טוט און עס איז ווידער באשטימט געװאָרען א טאָנ 
דערצו. דזשאָדזש ראָון איז קראַנק נעװאָרען, און ער איז אַװעק- 
געפאָהרען זיך אָפּרוהען אין די בוירקשיר בערג, אין מאַסאַטשו- 
זעטס (דער שטאַאט צו וועלכען עס געהערט באָסטאָן). זיין פּלאַץ 
האָט פאַרנומען אַ דזשאָדזש מיט'ן נאָמען בען מ. היל?; האָט 


די פרענק דראַמא / 0 


מען פרענק'ען נעבראכט פֿאַר איהם. דאָס איז געווען דעם 7טען 
מערץ, 1914. 

איידער דער דזשאָדזש האָט אַרױסנענעבען זיין פּסק, האָט 
פרענק נעהאַלטען א קורצע רעדע, אין וועלכער ער האָט זיך וידער 
ערקלערט אונשולדיג. 

,איך וויל זאָגען אין אייער אַנועזענהייט און אין דער אַנן- 
וועזענהייט פון נאָט, וועמעס אוינ קוקט איצט אוֹיף אונז -- 
האָט ער אָנגעהויבען -- אַז איך בין אונשולדיג אין דעם מאָרך 
פון דער מיידעלע, מערי פיינען, און וייס ניט וי אַזוֹי דאָס 
איז געשעהן'" 

ער האָט ערקלערט, אז מען מאַכט איהם פאַר אַ קרבן; אַז 
אין נאָמען פון געזעץ וערען באַנאַנגען גרויסע, טרויערינע 
טעות'ן און אַז פריהער אָדער שפּעטער וװועט מען זיך אי- 
בערציינען, אז אַזאַ טעות באַגעהט מען גענען איהם. 

;אויב דער שטאַאַט און דאָס געזעץ זאָנען, אַז איך מון אִפּ- 
נעבען מיין לעבען, מוז איך מיין לעבען פאַרלירען אַלס א בלוט- 
אָפּפער --- האָט ער געזאָגט צום שלוס -- איך ווידערהאָל, איך 
בין אונשולדינ און די צוקונפט װעט דאָס באוייזען. אייער 
עהרע! איך בין איצט פאַרטינ אויסצוהערען אייער אורטייל." 

דער קאָררעספּאָנדענט פון דער ניו יאָרק טאַימס", ועל- 
כער האָט טעלענראַפירט אַ באַריכט פון דער סצענע, האָט אין 
זיין דעפּעשע געזאָנט : 

, די פייערליכע צערעמאָניע אין געװאָרען ספּעציעל איינ- 
דרוקספול דורך דער מערקווירדינער רעדע פון ליא פרענק. דאָס 
איזן געווען אַ שעה-געשפּראָכענער, געפיהלפולער סטייטמענט. 
מען האָט נעקענט זעהן, אַז די װאָס האָבען זיך נעפונען אין 
קאורט-רום זיינען געריהרט,. זיין שפּראַך האָט נעקלונגען רוהינ 
און פעסט. ביי די ווערטער, אַז ער איזן אונשולדיג און אין 
א כלוט-אָפּפער, האָט זיין שטימע זיך אויפנעהויבען צו אַ הע- 
כערען טאָן און די שפּראַך איז געװאָרען פייערליכער. זיין 
זעלבסט-קאַנטראָל האָט ער אָבער ניט פאַרלאָרען. 

,ווען פרענק האָט געענדינט ריידען, האָט דזשאָדזש היל 
זיך אָפּגעשטעלט אויף א מינוט, אַזױ וי ער װאָלט קיין מוט ניט 


240 בלעטער פון מיין לעבען 


נעהאַט אַרויסצונעבען דעם שרעקליכען פּסק. דאן האָט ער 
אַרויפגערוקט זיינע ברילען, צוגערוקט צו זיך אַ פּאַפּיר אויף 
וועלכען עס אין געווען אויפגעשריבען דער טויט:אורטייל, און 
ער האָט דאָס פאָרנעלעזען טרוקען, פאָרמעל, אַלס דעם טאָנ ווען 
דאָס זאָל דורכגעפיהרט ווערען האָט ער אָנגערופען דעם 17טען 
אַפּריל, | 

-- דאָס איז מיין געבורטס-טאָג, -- האָט פרענק בא- 
מערקט צו א פריינד, װאָס אין געשטאַנען לעבען איהם. 

יענעם אַװוענט האָט פרענק אַהױסנעלאָזען אַן אפיל צו די 
איינוואוינער פון אטלאנטא. דיזער אַפּיל איז געווען לעננער וי 
די רעדע װאָס ער האָט געהאַלטען פאַר דזשאָדזש הילל, די פאָל- 
נענדע שורות זיינען אַן אויסצונ : 

, . . . מוז איך געאָפּפּערט ווערען אַלס אַ קרבן צו פּאֲלֵ 
טישע נויטווענדינקייטען? מון איך אומקומען דערפאר װאָס 
מענשען, וועלכע מען האָט פריהער באשולדינט אין פארברעכענס, 
זיינען נעבליבען אונבאַשטראָפט און דעריבער מון מען אימיצען 
פאַראורטיילען פאַר עפּעם ? | | 

,אויב איך בין ווירקליך שולדינ, און מיין שולד איז ווירק" 
ליך באַוויזען געווארען, װאָלט דאָך לייכט נעווען דורך די זעלבע 
עדות דאָס ווידער צו באַוייזען,. פארװאָס זשע האָט מען אַזױ 
מורא מיר צו נעבען א נייעם טרייעל? 

,אויב מען װעט מיר ניט ערלויבען צו וייזען פאַר דער 
וועלט די נידערטרעכטינע קאָנספּיראַציע, אין וועלכער מען האָט 
מיך פאַרפּלאָנטערט, און צוליב וועלכער מען קלייבט זיך מיך 
צו העננען, װועט דער אמת פאָרט אַרויסקומען, װאָרים פריהער 
אָדער שפּעטער קומט דאָך יעדער אמת אַרױס; און דאַן װעט 
יעדען פּלאנען זיין געוויסען, 

,מענשען ! קענט איהר דען אויף זיך נעמען דיזע פאַך- 
אַנטװאָרטליכקײיט ? זעהט איהר ניט דען איין, אַן מיט דעם װאָס 
איהר װועט מיר נעבען אַ טשענס צו באוייזען מיין אונשולד, 
וועט איהר זיך אַלֵיין געבען אַ טשענס צו באפרייען זיך פון איי- 
בינע געוויסענסביסע ? 

,די פאָרמבי פרוי האָט זיך מודה געוען, אַז אַלְץ װאָס 


דו פרענק דראַמא 41 


זי האָט דערצעהלט ווענען מיר איז ניט געשטויגען און ניט גע- 
פלויגען,. זי האָט צוריקנעשטויסען איהר געשװאָרענעם סטייט- 
מענט, וועלכער האָט מיך פאַרדאַמט פאַר דער וװעלט. איהר 
צווייטער סטייטמענט, וואו זי ערקלערט, אַז דאָס אַלץ אין אַ לינען, 
איז דער אמת, טראָץ די תרוצים און פּשט'לעך װאָס מען מאַכט 
וועגען דעם,. פאַרװאָס אין איהר ערשטער שרעקליכער סטייט- 
מענט, וועלכער איזן נגעגעבען געװאָרען דער עפענטליכקייט דורך 
די צייטונגען, ניט פאָרנעלעזען געװאָרען ביים טרייע?? פֿאַרװאָס 
האָט מען ערלויבט, אַז דער דאָזינער סטייטמענט זאָל צירקולירען 
און פאַרניפטען די עפענטליכע מיינונג געגען מיר ? און פאַר- 
װאָס זיינען די מענשען, װאָס האָבען דעם ליננערישען סטייטמענט 
פון דער פרוי אַרױסנעקראָגען, ניט געצוואונגען געווען אַרוסצו- 
קומען אָפען און באַװײיזען, אַז װאָס דאָרטען שטעהט איז ריכטיג ? 
איך ווייס און איהר וייסט, אַז ווען זיי װאָלטען נעפּרופט באַ- 
ווייזען אַז יענער סטייטמענט פון דער פאָרמבי פרוי אין אמת, 
װאָלטען זייערע באַהױפּטוננען גלייך אָפּגעלײיקענט געװאָרען, און 
יעדער װאָלט זעהן וי לעכערליך זיי זיינען. 

, פאַרװאָס לאָזט מען צו קאָנלי'ן ניט צו קיינעם, װאָס יל 
דערנעהן דעם אמת ? פארװאָס באַהאַלט מען איהם פון יעדען, 
אויסער די, וועלכע האָבען איהם געלערענט װאָס צו דערצעה- 
לען נעגען מיר ? זייער צוועק איזן איהם צו באהאַלטען ביז איך 
וועל שוין זיין טויט, די װאָס לייענען דיזע ווערטער מיינע פאך- 
שטעהען פארװואָס דאָס איז נויטינ פאַר זיי. 

,איך גלויב, אַז איך האָב אַ רעכט אויף אַ נייעם טרייעל, און 
איך נלויב אַז איך על דאָס באַקומען. איך בעט ניט, מען זאָל 
מיר שענקען דאָס לעבען; איך בעט נאָר יושר, איך בעט אַ 
נייעם טרייע?, אָהן באַזונדערע טובות אָבער אויך אֶהן צו-להכעיס, 

ליאָ פרענק". 
בשעת פרענק האָט נעשריבען דיזען בריף צום עולם, האָט די 
פאַרטיידיגונג געהאט מערקווירדינע נייע באַװוייזע, אַז ער אין 
אונשולדיג און אַז קאָנלי אַלֵיין איזן דער שולדינער. אויף דעם 
גרונט פון דיזע באַװייזע האָבען זיך זיינע לאָיערס געקליבען צו 
פאָדערען אַ נייעם טרייע? פאַר איהם און זיי האָבען דאַן גע" 


49 בלעטער פון מיין לעבען 


האלטען אין צוגרייטען די פּאַפּירען דערצו. זיי זיינען געווען 
זיכער, אז זיי וועלען א נייעם טרייע? באַקומען, אָבער אויס- 
זאָגען דאָס פאָראויס װאָלט נעווען ניט פּראַקטיש. דעריבער האָט 
פרענק דאָס ניט דערמאָנט. זיין פעסטע האָפנונג אָבער, אַז ער 
וועט האָבען אַ נייעם טרייעל, האָט ער יא אויסגעדריקט, 


29 


איך פאָהר אין אטלאנטא. -- איך באזוך פרענק'ען. -- דער 
שעריף. 


איך האָב זיך שוין פון איינינע ואָכען נעקליבען צו פאה" 
רען קיין אטלאנטא וענען דער פרענק קייס. איך בין אָבער 
געווען שטאַרק פארנומען מיט אַנדערע רעדאקציאנס פליכטען 
און האָב די רייזע אלץ אָפּנעלײינט. ענדליך, מיט אַ פֹּאָר טענ 
איידער אין ניו יאָרק אין אָנגעקומען דער באַריכט וענען 
פרענק'ס רעדע פאר דזשאָדזש היל?, האָט דער ,פאָרװערטס" 
אַנאָנסירט אַז איך פאָהר אַהין. ‏ עס האָט זיך אָבער ווידער גע- 
מאַכט אַן אָפּהאַלט, און מיין רייזע האָט ווידער געזאָלט אָפּנע- 
ליינט ווערען אויף איינינע טעג. וען איך האָב אָבער געלעזען 
די דאָזינע רעדע און פרענק'ס אפיל צום פּובליקום, האָב איך 
שוין וועגען קיין אַנדער זאך ניט געקענט דענקען און אויף מאָך- 
נען, דעם 9טען מערץ, 1914, בין איך אַװעקנעפאָהרען קיין אט- 
כאנטא. די רייזע מיט דעם שנעלסטען צונ נעמט אַ מעת לעת. 
איך בין אָנגעקומען קיין אטלאנטא דעם 10טען מערץ. 

דאָרטען האָבען מיך אויפ'ן באַהן ערװואַרט אונזערע אטלאנ- 
טער גענאָסען, בונדיסטען פון דער היים, יאַמפּאָלסקי און זיין 
איידעם מיכא? י, מערלין, זיי און אַנדערע אידישע סאַציא- 
ליסטען, מיטנלידער פוֹן אונזער פּאַרטײ און פון דעם אַרבי- 
טער ריננ, האָבען מיר אַרױסגעוויזען די װאַרימסטע נאַסט-פריינד- 
ליכקייט. 


איך בין אַריבערנענאַננען אין טאַוער, דער פּריזאָן, וואו 
מען האָט נגעהאַלטען פרענק'ען. פאַר א צייטונגס-מענשען איז 
אַהין ניט געווען שווער אריינצוקומען. איך האָב נעוויזען מיין 


די פרענק דראַמא 485 


וויזיט קאַרטע, מ'האָט מיין קאַרטע אַרױפנעטראָגען צו פרענק'ען, 
און באלד האָט מען מיך ארויפנעפיהרט צו איהם. זיין סעל 
(קעמערעל) איז נעווען אויה אן אויבערשטען עטאזש. הינטער 
אייזערנע גראַטעס אין געשטאַנען אַ שלאַנקער, ברונעטער יונגנער 
מאַן מיט איינדרוקספולע, אינטעלינענטע אוינען און לעבען איהם, 
אינוויינינ אין דעם סעל, אַ הויכע, שעהנע יונגע דאַמע, דאָס אין 
געווען פרענק און זיין פרוי. די פּאָרטרעטען פון איהם װאָס איך 
האָב נעזעהן אין די צייטונגען, זיינען געווען זעהר עהנליך צום 
אַריגינאַל, איך האָב איהם נלייך דערקענט, 


מיר האָבען זיך באַנריסט דורך די נראַטעס, און ער האָט 
מיך פאָרנעשטעלט פאַר מיסעס פרענק. 


די אַרומינע סעלס -- זעקס -- זיינען נעװען פּוסט. וי 
איך האָב זיך באַלד דערוואוסט, האָט דער שעריף=) אין זיי אן- 
מישנע ניט אריינגעזעצט קיינע פּריזאָנערס, כדי פרענק זאָל זיך 
פיהלען באַקוועמער, איהם זאָל זיין אננענעמער אויפצונעמען זיינע 
פריינד, װאָרים דער שעריף, אַן עלטערער מענש מיט'ן נאָמען 
ווהילער מעננאָם, איזן נגעווען איבערציינט, אזן פרענק אין אונ- 
שולדינ און ער האָט געטאָן אלץ, װאָס ער האָט געקענט זיין לעבען 
אין נגעפעננניס צו פאַרנריננערען. ער האָט זאָגאַר ערלויבט איהם 
צו ברענגען זיין בעט און בעטנעוואנד פון דער היים. 


איינע פון די סעלס איז געווען א גרעסערע וי די אַנדערע, 
האָבען די פרענקס און זייערע געסט דאָס געברויכט פאַר אַ פּאַר- 
לאר (זאַל), מען פלענט שטעהן אָדער זיצען און שמועסן דורך 
די נראַטעס. בלויזן מיסעס פרענק האָט דער שעריף ערלויבט 
אַריינצונעהן אינווייניג אין זיין קאמערעל, די אַנדערע באַזוכער 
פלענען שטעהן פון דרויסען אין דעם אָפענעם , פּאַרלאָר?. מיסעס 
פרענק פלענט דאָ פאַרברעננען גאַנצענע טעג. 

איך האָב נעמאַכט אַ שפּאַסינע באַמערקונג ווענען דעם 


*) אַ ויכטינער אויסערװועהלטער בעאַסטער איבער אַ קאַונטי (אַ 
קריוז, אַ טיול פון אַ שטאַאַט), וועמעס פליכט עס איז דורכצופיחרען דעם 
פּסק װאָס אַ ריכטער גוט אַרווס. אין אַטלאַנטאַ איו דער שעריף אויך 


דער באַלעבאָס אובער דו פּרוזאָנס (טורמעס). 





484 בלעטער כון מיין לעבען 


,סעווען רום אַפּאַרטמענט? (אַ וואוינונג פון זיבען צימערען) 
װאָס פרענק רענט דאָ, און ער האָט לוסטיג געלאַבט. 

ער האָט דערצעהלט וי טריי דער שעריף איז איהם, אין דער 
צייט פון טרייעל פלענט ער פרענק'ען דאָס רוב אַליין פיהרען 
צום געריכט און צוריק אין דעם טאַוער. איין מאָל, ווען דער 
טרייע? האָט שוין געהאַלטען נאָהענט צום סוף, האָט א בייזער 
עולם זיך נענומען שפּאַרען צו דעם אָטאָמאָבי? אין וועלכען זיי 
זיינען נעפאָהרען שעריף מעננאָם איז אונרוהיג געווארען,. פרענק 
איז געזעסען לעבען איהם, און אום איהם בעסער צו באשיצען, 
האָט ער איהם געהייסען זיך זעצען הינטער איהם און אַלֵין 
האָט ער גענומען זיין פּיסטאָלעט אין האַנט, 

-- אויב זיי וועלען אייך פּרופן בייז טאָן, וועלען זיי צו 
אייך מוזען צוקומען איבער מיין טויטען קערפּער --- האָט ער גע" 
זאָגט, --- איך בין שוין סיי וי סיי אַן אַלטער מאַן, איהר אָבער 
זייט יונג. 

30 


װאָס פאַר אַן איינדרוק פרענק האָט געמאַכט, 


אַז פרענק איז אַ נעבילדעטער, פעהינער מאן, האָט מען נעזעהן 
נלייך, פון דעם ערשטען נעשפּרעך, װאָס מען האָט מיט איהם 
געהאַט, אויך האָט מען נלייך נעזעהן, אז דאָס אין א מענש, 
װאָס האָט זיך ערצוינען אין אַן איידעלער, קולטורעלער פאמיליע : 
פיינע מאַניערען, אַ נאָבעלער אַרט ריידען, אינטעלינענץ, סימפּאַ- 
טישע באַוענונגען, אַ סימפּאַטישער טאַקט,. קיין שפּור פון א 
חשק צו ריידען וועגען זיך, באַריהמען זיך, אויספיינען זיך. 

איך האָב איהם באזוכט יעדען טאָנ און מיר האָבען נעהאַט 
לאַננע געשפּרעכען. | 

איך האָב אויך געהאַט פילע געשפּרעכען מיט זיינע נאָהענט- 
סטע פריינד און בעקאנטע און מיט מענשען, װאָס זיינען געווען 
אָנגעשטעלט אין דער פּענסי? פּעקטאָרי אונטער זיין פאַרואָל- 
טונג. איך נלויב, אז אין די זיבען טענ, װאָס איך האָב פאַר- 
בראַכט אין אטלאנטא, האָב איך באַקומען אַ ריכטינען כאַראַק- 
טער-פּאָרטרעט פון איהם. מיר האָבען הויפּטזעכליך גערעדט ווע- 


דו פרענק דראַמא 28 


נען זיין קייס, אָבער ניט בלויז וענען דעם. סיר האָבען גע" 
שמועסט וועגען פאַרשידענע אַנדערע ענינים אויך. 


ער איז נגעווען אן עכטער יהודי, פון דעם אַמעריקאַנער גע" 
באָרענעם טיפּ, אַ נאַנץ אַנדער סאָרט מענש וי א אידישער 
יונגערמאן, װאָס אין געבאָרען געװאָרען פון אונזערע אימי- 
גראַנטען, ‏ ער איןז געווען רעליניעז און דאָס אויך אויף דעם 
שטיינער פוֹן יהודים, ניט פון אונזערע אידען. זיין פרומקייט 
איז ניט געווען קיין טיפע, ניט קיין פלאַמענדע, אָבער אַן אוים- 
ריכטינע. איך האָב זיך נעטראַכט: אפשר איז דיזע ניינונג אין 
איהם ענטוויקעלט געװאָרען זינט עס האָט מיט איהם געטראָפען 
זיין אומנליק'? האָב איך אָבער באַלד געהערט, אַז ער איז אימער 
געווען אַ טעטינגער מיטנליד פון דעם אַטלאַנטער טעמפּעל און אַז 
זונטאָג פלענט ער דאָרטען פיהרען א סאָנדעי-סקול קלאָס -- גע- 
לערענט מיט באִיס און מיידלעך ביבע? און , פּרינציפּען פון דער 
אידישער אמונה", װוי ער האָט זיך אַמאָל אויסגעדריקט אין אונ- 
זערען אַ נעשפּרעך. 


סאַציאַלע פראַנען האָבען איהם ניט אינטערעסירט. ער האָט 
געגלויכט אין דער איצטינער אָרדנונג, פּשוט וויי? זי עקזיסטירט, 
איברינענס איז דער װאָרט , נענלויבט" דאָ אפשר ניט אִם פּלאַץ. 
ער האָט פּשוט ניט געטראַכט ווענען דעם. וי ער האָט די וועלט 
געפונען, אַזױ װועט ער איהר איבערלאָזען -- דאָס איז דער גע- 
פיה? פון דעם דורכשניטליכען מענשען און דאָס איז געווען דער 
נעפיה? פון ליא מ. פרענק. 

קורץ, ער אין געווען אַ קאַנסערװאַטיוער מענש און זיין 
הויפּט-אינטערעס אין לעבען איז געווען ריכטינ צו ערפילען זיי- 
נע טעגליכע פליכטען --- פּינקטליך צאָהלען זיינע חובות, זיין אַ 
גוטער זוהן צו זיינע עלטערן, אַ נוטער, טרייער מאַן צו זיין פרוֹי, 
אַ פלייסיגער, טרייער בעאַמטער אין דער פּענסיל פּעקטאָרי, וועל- 
כע מען האָט איהם אָנפארטרויט, און אַן אָנגעזעהענער מיטנליך 
פון דעם געזעלשאַפטליכען קרייז צו וועלכען ער האָט געהערט, 


קיין סך טעמפּעראַמענט האָט ער ניט אַרױסנעװיזען. ער 
איז געווען א געלאַסענער, הנם אינערליך אַ נערװועזער מענש. 


46 בלעמעו פון מיין לעבען 


זיין גלייכנעוויכט און זעלבסטהערשאַפט האָט ער זעלטען פאַר- / 
לאָרען, אין די טראַנישסטע מאָמענטען פון זיין טרייע? האָט זיין 
שטימע נעקלוננען קלאָר און רוהינ, 


איך האָב דאָ געזאָגט, אַז איינער פון זיינע אידעאַלען אין 
געווען צו ארבייטען פלייסיג פאַר די, וועלכע האָבען איהם אָננע- 
שטעלט אַלס פאַרװאַלטער פון זייער געשעפט. ער אין איבער- 
הויפּט געווען אַ פלייסיגער מענש. אין סקו? און אין די צויי 
קאַלעדזשעס, װאָס ער האָט געענדיגט, איז ער געווען איינער פון 
די גרעסטע מתמידים. התמדה און פּינקטליכקייט, דאָס זיינען 
געווען צוויי פון די בולט'סטע שטריכען פון זיין כאַראַקטער, 


אין די געשפּרעכען, װאָס איך האָב װענען איהם געהאט 
מיט אַנדערע, האָב איך זיך נאַטירליך שטאַרק אינטערעסירט מיט 
דער פראַנע וועגען זיין כאַראַקטער אין באַצוג צו פרויען װאָרים 
דער הויפּט-פונדאַמענט פון דער באשולדינוננ נעגען איהם אין 
דאָך נגעווען די באַהױיפּטונג, געשטיצט אויף סטייטמענטס פון 
פאַרשידענע עדות, אַן ער האָט אַ קרענקליכע תאוה און פיהרט 
אַן עקעלהאַפט אוממאָראַלישען לעבען. פון אַלע געשפּרעכען, 
וואס איך האָב געהשט מיט זיינע פריינט און באקאנטע, בין איך 
געווארען טיף איבערצייגט, אַז אין דיזע באַהױפּטונגען און עדות- 
זאָגערייען אין ניטאָ קיין פונק אמת. ער האָט מיט זיין פרוי 
געלעבט נליקליך און קיין אויסערגעוועהנליכען געשלעכט-אינטע- 
רעס האָט ער אבסאָלוט ניט געהאַָט. צו אזעלכע נייגונגען פאָ- 
דערט זיך גנאר אַן אַנדער סאָרט בלוט, און אֵן אַנדער סאָרט כאַ- 
ראַקטער. 


פון אַלץ, װאָס דאָ איז געזאָגט געװאָרען, קען מען זיך פאָך- 
שטעלען אַ בילד פון אַ פּראָזאַאישען, אַלטעגליכען מענשען. און 
דאָך איז צו שמועסען מיט פרענק'ען געווען אינטערעסאַנט. ער 
האָט אַ סך געלערענט און געלעזען און ער האָט געװואוסט אַ 
סך. אַ דאַנק זיין התמדה און זיינע געבאָרענע פעהינקייטען, אין 
זיין מוח געווען רייך באזאָרנט מיט קענטניסען און מיט אַ קראַפט 
זיך צו באַנוצען מיט זיי. ער האָט געהאט פארשטאנד און אַ 
פיינע לאָגיק, און דורך דעם, צוזאמען מיט זיין סימפּאַטישער 


דו פרענק דראַמא 87 


פּערזענליכקייט און רעדנער טאַלאַנט, איז ער געווען א זעהר אַנ- 
גענעמער קאָמפּאַניאָן, ‏ איך האָב ליב נעהאָט מיט איהם צוֹ ריי- 
דען, און ווען מיר האָבען געשמועסט וענען זיין קייס, און ער 
האָט מיר געענטפערט אויף מיינע פראַנען, אלץ ערקלערט און 
דערצעהלט מיט די קלענסטע איינצעלהייטען, האָב איך נעפיהלט 
אַז איך הער דעם ריינעם אמת. פּונקט אַזא נעפיה? האָט גע- 
האָט יעדער צוהערער זיינער בשעת ער האָט אין קאורט געמאכט 
זיין פיר-שטונדיגען סטייטמענט, 

ווען איינער רעדט מיט פאָרזיכטינקייט און מיט , פּאַליטיק", 
אָנשטרענגענדיג זיך צו מאַכען אַן איינדרוק אויף אייך, פיהלט 
איהר דאָס, איהר פיהלט, אַז געוויסע זאַכען באַהאַלט ער פון 
אַייך און געוויסע אַנדערע פּוצט ער צו, אז דאָס אָדער יענעס 
שטרייכט ער אונטער צו שטאַרק; אַז דאָ רעדט ער עפּעס צו 
דראַמאַטיש און דאָ מיהט ער זיך אַ געוויסען פּונקט צו מאַכען 
צוֹ נאָרניט ; אַז זיין שמייכע? אין אָפט צו זיס, אָדער אַז זיין 
אויסדרוק פון ענטריסטונג און צאָרן קלינגט מעהר מיט די טענער 
פון פּראָפּעסיאָנעלע רעדנעריי וי מיט אויפריכטינקייט, צוהערענ- 
דיג זיך צו פרענק'ען, האָב איך דאָס קיין מאָל ניט געפיהלט. 
זיינע ווערטער האָבען מיר נעקלוננען מיט אַבסאָלוטער אוים- 
ריכטינקייט. 

5. ס. קאָננאלי האָט געשריבען: 

,אין ליאָ מ. פרענק'ען האָב איך געפונען איינעם פון יענעם 
קלאָס אינטעלעקטועלע יונגע לייט, וועלכער אין די האָפנונג פון 
אַמעריקא,. אורטיילענדיג פון מיינע בעאָבאַכטונגען, וועלכע האָ- 
בען זיך נעצוינען איבער דריי װאָכען, קען איך זאָנען, אַז פון 
קיין שעהנערען טיפּ ווייס איך ניט. איך בין איבערציינט, אַז 
אין אַ מאָראַלישען הינזיכט איז זיין געוויסען און זיינע אוים- 
פיהרוננען פּונקט אַזױ ריין, װוי ער איז פיין אין אַ גייסטיגען הינ- 
זיכט און דאָס אין די מיינונג, גלויב איך, פון יעדערען װאָס 
קומט אין פּערזענליכער באַרירוננ מיט איהם. ער איז אַ מערק- 
ווירדיגער יוננערמאַן, און די אונרעכטען װאָס זיינען נעגען איהם 
באַנאַננען געװאָרען אין דעם נאָמען פון געזעץ און נערעכטיג- 
סקייט זיינען אונבאַשרייבליך". 


48 בלעטער פון מיין לעבען 


31 


װאָס פרענק האָט מיר געזאָגט וועגען דער פראַגע פון אַנמי- 
סעמיטיזם אין זיין קייס. --- װאָס אַנדערע אַטלאַנטער אידען 
האָבען דערצעהלט. --- פרענק ווייזט אָן אויף דעם אונ- 
טערשייד צווישען זיין קייס און דעם ביילים פּראָצעס. 


אַ טייל פון מיין ערשטען נעשפּרעך מיט פרענק'ען איז נעווען 
געווידמעט צו דער שייכות װאָס דער אַנטיסעמיטיזם האָט צו 
זיין קייס, זיין ענטפער אויף מיינער אַ פראַנע איז געווען: 

,דער אַנטיסעמּיטיזם איז אַבסאָלוט ניט געווען די אורזאכע 
פון דעם בלבו? װאָס מען האָט אויפנעבויט נגעגען מיר,. ער אין 
ניט דער קװאָ? נאָר א רעזולטאַט פון דער טרויערינער נעשיכטע. 
די פּאָליִציי האָט זיך צו מיר צונעטשעפּעט, ווייל קיין אַנדערען 
וועמען צו באַשולדיגען האָט זי דאַן ניט נגעקענט געפינען. דער- 
נאָך, אַזױ װי איך בין אַ איד, האָט זי אין איהר העצע שוין נע- 
נומען מאַכען קאַפּיטאַל פון מיין אָבשטאַמוננ אויך,. און עס אין 
איהר וויכטיג געווען, אַן מען זאָל אַטאַקירען אידען איבערהויפּט, 
פאַרגעסט ניט, אַז דאָס איז די סאוטה, וואו אַ נענער האָט קיין 
ווערטה ניט. אַ נענער גלויבט מען ניט, אויף אַ נענער אין מען 
אימער בערייט צו נלויבען די ערנסטע פארברעכענס. היינט וי 
אַזױ זאָל מען גלויבען קאָנלי'ן גענען א וייסען? אַ איד אין 
טאַקע ניט קיין סאָדערנער. קריסט, אָבער אַ ווייסער איז ער דאָך. 
אלזאָ, איז נויטיג געווען אז מען זאָל נידרינ מאַכען די אידען; 
עס זאָל אויסקומען אַז אַ נענער גענען אַ אידען קען מען יא 
גלויבען. 

,ווען איך װאָלט נעווען אַ איטאַליענער, װאָלטען זיי געהעצט 
גענען מיר אַלס איטאַליענער", האָט ער צוגעלייגט מיט א טאָן 
פון פעסטער איבערציינונג. 

מיסעס פרענק, וועלכע איז געבאָרען און אוױיסנעהאַָדעװעט 
געװאָרען אין אַטלאַנטא, האָט אונטערשטיצט איהר מאַן'ס מיי- 
נונג. זי האָט מיר נענעבען ביישפּילען צו ווייזען, אַז אידען 
האָבען זיך אין אַטלאַנטא צווישען קריסטען אימער נעפיהלט וי 
ציוישען איינענע מענשען. 


דו פרענק דראַמא | : 489 


--- מיר זיינען נעווען נאָהענטע, אינטימע חבר'טעס, אידי- 
שע און קריסטליכע מיידלעך --- האָט זי נעזאָנט. --- מיר האָבען 
זיך אָפּט באזוכט איינע די אַנדערע, און אונזערע פאַמיליעס זיי- 
נען אויך געווען נאָהענטע פריינט. מיר זיינען גענאַנגען איינע 
צו די אַנדערע צו גאַסט, אויף חתונות און אויף פּאַרטיס. מען 
האָט ניט געוואוסט פון קיין אונטערשיד, אין דער נאָרטה אין 
ניט אַזױ. אָבער דאָ, אין דער סאוטה, איז אימער געװען אַנ- 
דערש וי דאָרטען, 


עהנליכעס האָב איך נגעהערט פון אַנדערע אידען אין שטאָדט, 
אָבער די פרענק קייס, דורך די העצעס װאָס די פּאֶלִיצֵיי האָט 
צירקולירט נענען דעם אידישען סופּעראינטענדענט פון דער פּענ- 
סיל פּעקטאָרי, האָט אָנגעצונדען בייזע נעפיהלען גענען אלע 
אידען --- ביי די פּראָסטע מאַסען וויינינסטענס, 

ביי דער פּאָליציי איזן געווען אַ פראַנע: ענטװעדער פרענק 
אָדער זי. אויב מען װאָלט לאָזען דעם עולם זיך איבערציינען, 
אַז זי טשעפּעט זיך צו אַן אונשולדינען ווייסען מענשען און אז 
דער אמת'ער שולדינער איז אַ שװאַרצער, װאָלט מען די דעטעק- 
טיווס אפשר נעלינטשט. אלזאָ, האָבען זיי פרענק'ען נעמאכט 
פאַר זייער כפּרה. 

איינער פון די נעבילדעטע אַמעריקאַנער יהודים פון אט- 
לאנטא, מיט וועלכע איך האָב זיך אָפּט געזעהן, האָט וענען 
דער פראַנע אַזױ געזאָגט: 

--- איהד פרעגט אויב פרענק'ען האָט געשטערט דאָס, װאָס 
ער איז אַ איד? איך נלויב אַז ניט. געהאלפען האָט דאָס איהם 
אָבער אויך ניט. וען אַ קריסט װאָלט אַריינגעפאַלען אין אַזא 
אומנליק, װאָלטען זיינע קריסטליכע פאַרבינדוננען, זיינע פריינט 
ואון זיין קירכע איהם געהאָלפען. מען װאָלט אַ נענער אַזױ 
לייכט נענען אַ ווייסען אין דער פאוטה ניט גענלויבט. די שוהל 
אָבער, צו וועלכער פרענק געהערט -- אונזער רעפאָרמירטער 
טעמפּע? --- און מיר אידען אין אַלנעמיין, האָבען איהם דאָ ניט 
נעקענט העלפען. 

דער, װאָס האָט דאָס געזאַנט, האָט דאָ נעמאַכט א באַמער- 


200 בלעמע- פון מיין לעבען 


קונג, אַ טייל פון וועלכער האָט ענטהאַלטען פּונקט דאָס זעלבע, 
װאָס איך האָב געהערט פון פרענק'ען. 

--- איין מאָל זײינען די מאַסען אויפגעהעצט געװאָרען, פּשוט 
װוואַהנזיניג געװאָרען פון ראַכע:דורשט --- האָט ער געואָגט -- 
האָט מען שוין אַפילו אַ נעגער געגלויבט נעגען אַ אידען, כאָטש 
אין געוועהנליכע צייטען װאָלט מען דעם װאָרט פון אַ נעגער געגען 
דעם װאָרט פון אַ אידען אין אטלאַנטאַ ניט גענומען. אַ איד אין 
נאָך אַלֶעמען אַ ווייסער. 


פילע פון די קריסטען, הױפּטזעכליך די אינטעליגענטערע, האָ- 
בען זיך צו אידען אין אַלגעמיין געהאַלטען מיט זייער געוועהנ- 
ליכער פריינדליכבקייט, צי זיי זיינען מיטגעגאַנגען מיט דעם אַנטי- 
פרענק שטראָם, צי ניט. עס זיינען געווען אַזעלכע פאַלען, װוי דער 
פּאָלנענדער, צום ביישפּיל: 

אין אַ סטריט קאַר זיצט אַ יונגע אידישע פרוי. ‏ עס קומט 
אַריין אַ קריסטין, איהר סקול חבר'טע און שטענדינע פריינדין. 
די קריסטין לאָזט זיך נעהן צו דער אידישער וייבעל מיט אַ 
פריינדליכען שמייכע? .ווי געוועהנליך. די אידישע פרוי לאָוט 
אָבער אַרונטער איהרע אויגען. 

יענע זעצט זיך אַנידער לעבען איהר און הויבט אַן צו 
אַפּעלירען. 

--- פאַרװאָס ביסטו ברונז? איך קען דאָס ניט פאַרטראָגען. 

-- עס איז שוין ניט דאָס, װאָס געװוען, -- ענטפערט די 
אידישע פרוי --- מען טשעפּעט זיך צו אַן אונשולדינען מענשען, 
איינעם פון די איידעלסטע און די פיינסטע, דערפאַר װאָס ער 
איז אַ איד, איך בין אויך אַ אידיש קינד -- און זי צואויינט 
זיך. 

עהנליכע סצענעס זיינען פאָרנעקומען אין פאַרשידענע טיילען 
פון אטלאַנטא. אין איינער פון זיי איז די קריסטין געװען די 
פרוי פון איינעם פון די צוועלף דזשורי-לייט וואס האָבען פרענק'ען 
ערקלערט שולדיג. זי האָט נע'טענה'ט, אַז די פרענק קייס אין אַ 
פראַגע פאַר'ן נעריכט, אַז עס האָט ניט קיין שייכות צוֹ די באַ- 


דו פרענק דראַמא 401 


ציהונגען צווישען זיי, די צויי אינטימע חבר'טעס, אַז זי, די 
אידישע טאָכטער אין איהר, דעם דזשוראָר'ס פרוי, טייער און 
ליב װי אימער.. 


אין איינעם פון מיינע ווייטערע נעשפּרעכען מיט פרענק'ען 
האָב איך איהם נעפרעגט אויב ער האָט געהערט פון דעם בייליס 
פּראָצעס. 


--- יאָ, איך האָב נגעלעזען וװוענען דעם -- האָט ער נעענט- 
פערט, און ער האָט אָנגערופען איינע פון די אידישע װאָכענ- 
בלעטער, װאָס ווערען אַרױיסגעגעבען אויף עננליש -- איך פאַר- 
זיכער אייך אָבער, אַן מיין קייס האָט ניט קיין געמיינשאַפּט- 
ליבעס מיט דעם. 

--- אָבער דאָך, איין מאָל האָט מען די אנטיסעמיטישע ניפט 
אַרייננענאָסען, איזן פאָרט פאַראַן אַ געוויסע עהנליכקייט צווישען 
אייער טראַגעדיע און בייליס'עס,. דאָרטען אַ בלבול און דאָ אַ 
בלבול, | 

-- יאָ, א בלבו?ל! -- האָט ער זיך אָפּנערופען --- אָבער אויף 
בייליס'ן האָט מען געמאַכט אַן עכט אַנטיסעמיטישען בלבול, די 
לעכערליכע באשולדינונג, אז אידען ברויכען קריסטליך בלוט אין 
זייערע מצות. יין קייס איז פּשוט אן אומגליקליכער צופאַל. 
מאַלע װאָס פאַר אַ צרה עס מאַכט זיך! שפּעטער איז פון דיזער 
צרה אַרױסגעװאַקסען אַן ערביטערונג געגען מיר אַלס איד און 
אַלס ברוקלינער, אַלס סופּעראינטענדענט פון אַ פעקטאָרי, און 
אַלס אַלץ װאָס איהר ווילט נאָר, 

מיין איינדרוק איז נגעווען, אַז פרענק װאָלט ניט וועלען מען 
זאָל מאַכען צופיל וועזען פון דער אַנטיסעמיטיזם-פראַגע אין זיין 
קייס ער האָט דאָס מיר ניט געזאָגט מיט דייטליכע װערטער; 
איך האָב אָבער נעפיהלט, אַז אַזױ איז זיין וואונש, און איינינע 
נאָטיצען װאָס איך האָב געהאַט נעמאַכט, און זאָנאַר לענגערע 
טיילען פון אַ פּאֶר אַרטיקלען װאָס איך האָב צונעפערטיגט, האָב 
איך דאַן ניט נעברויכט. איצט אָבער ווען איך שרייב דיזע 
, בלעטער", זיינען זיי א טיי? פון מיין מאַטעריאל, 


1208 בלעטער פון מיין לעבען 


82 


א קלאַנג אַז אידען זאַמלען א פאַנד צו ראַטעװען פרענק'ען. 
-- ,הענגט דעם אידען"! -- מען סטראַשעט 
פרענק'ס לאָיערם. 


אַ געוויסער לְאִיער האָט אָנגעװענדעט פאַרשידענע מיטלען 
זיך אַרײנצושטופּען אין דער קייס אַלס איינער פון פרענק'ס 
פאַרטיידיגער, ניט האָבענדיג קיין ערפאָלג אין דעם, האָט ער גע- 
נומען העלפען דער פּאַליציי גענען פרענק'ען. ער האָט דאָס נע- 
געבען דעם פּלאַן צו פאַרשפּרײיטען אַ קלאַנג, אַזן פרענק אין אַן 
אוננאַטירליכער הולטאַי. פון דעם זעלבען קװאַל אין אויך פאַר- 
שפּרייט געװאָרען אַ צווייטער קלאַנג, אַז אידען זאַמלען אַ פאָנד 
פון אַ מיליאָן דאָלאַר אויף צו ראַטעווען פרענק'ען. מען האָט גע- 
געבען אָנצוהערעניש, אַז דאָס געלט דאַרף מען האָבען אויף צו 
פּרופען אונטערקויפען עדות און דזשאָדזשעס. 

בשעת איך בין געווען אין אַטלאַנטא, האָבען מיר עטליכע 
אידען איבערגענעבען די ערפאַהרוננען װאָס זיי האָבען געהאַט 
אַלס רעזולטאט פון דיזען פאַבריצירטען קלאַנג, 

צו איינעם פון זיי איז אַריינגעקומען אַ באקאנטער קריסט 
און איהם דערצעהלט וענען אַן אָרעמען אידישען סטאָר-קיפּער, 
אַז ער מוז נעבעך ביישטייערען פינף הונדערט דאַָלאר צו דעם 
- פרענק פאָנד, ,וואו זאָל ער דאָס נעמען? אָבער אַז ער װעט 
ניט אַריינברענגען די סומע, װעט מען איהם רואינירען. אַאַ 
רחמנות!?" האָט דער קריסט געזאָנט. 

דער איד האָט געלייקענט די נעשיכטע מיט דעם פאָנד, דער 
קריסט איז אָבער געבליבען קאַלט. ער אין געוען זיכער, אַז 
דער איד באהאלט זיך פון איהם, 
| = צו אַ צווייטען פון די אידען, וועלכע האָבען מיט מיר גע- 
רעדט וענען דעם ענין, האָט אַ קריסטליכער שכן זיך נגעווענ- 
דעט מיט דער פראנע: האיהר האָט שוין גענעבען די טויזענד 
דאָלֿאר ?? יענער פרענט: ,װאָסערע טויזענד דאָלאר?? און 
דער אַנטװאָרט איז: אָט די פומע, װאָס מען האָט אַרויפגעלײגט 
אויף יעדען פארמענליכען אידען אַלס זיין חלק צו דעם פרענק 


דו פרענק דראַמא 1208 


פאַרטיידינוננס פאָנד"?. דער איד ערקלערט, אַז אַזאַ פאָנד אין 
אויף דער וועלט ניטאָ, אַז עס איז אַ סקאַנדאַליעזער לינען. אָבער 
דער קריסט הערט זיך צו מיט אַ איראָנישען שמייכעל, 

--- איהר נעטרויט מיר ניט ? -- זאָגט ער, --- איהר דאַרפט 
פאַר מיר ניט מורא האָבען,. איך פאַרזיכער אייך, אַן איך וועל 
קיינעם ניט אויסזאַנען. | 

אין אַ געוויסען טאָנ אין אָסקאַר שטראָוס, דער אידישער 
מיליאָנער און פילאַנטראָפּ פון ניו יאָרק, דורכגעפאָהרען דורך 
אטלאַנטא; האָט זיך פאַרשפּרײט א באַריכט, אַז ער האָט נע- 
בראַכט אַ גרויסע סומע אויף אונטערצוקויפען די דזשאָדזשעס 
פון דעם סופּרים קאורט. 

די מעשה ווענען דעם , פרענק פאָנד" האָט זיך שנעל פֿאַר- 
נאַנדערגעוואקסען ניט נאָר איבער אטלאנטא, נאָר איבער דעם 
נאַנצען סטייט; און זי האָט געהאַָט איהר שעדליכע ווירקונג. 


די פּאַליציי מיט איהרע דעטעקטיווס און פאַרשידענע אַנדערע 
מיטהעלפער זיינען בוכנשטעבליך געשפּרוננען פון הויט צו פאר- 
שכור'ען די מוחות פון די מאַסען מיט העצעס נעגען פרענק'ען 
און אידען בכל?,. אלאָ, האָט מען איהם געשאָלטען ניט נאָך 
אַלס דעם מערדער פון מערי פייגען, נאָר אַלס דעם ,הולטאַיסקען 
אידען" אָדער פּשוט אַלס דעם , פאַרפלוכטען אידען". 

,הענג דהי דזשו!" (העננט דעם אידען!) האָט מען נע- 
שריען, פריהער פלעגט דאָס אין דער סאוטה זיין אן אונגעוועהנ- 
ליכע פראזע.*) 

פרענק'ס לאיערס האָבען ערהאַלטען מאַסען אַנאָנימע בריף 
מיט סטראשונקעס, אַז אויב זייער קליענט װועט ניט געהאָננען 
ווערען, װועט מען זיי לינטשען. 
| = אָפּט פלענט מען הערען אַזא באַמערקונג: , צי שולדיג, צִי 


*) און דו נאָרד שטאַאַטען, הויפטזעכלוך אין ניו יאָרק, און 
פאַראַן אַ ואָרט ,שינו", וועלכער ווערט געברווכט, פונקט ווי דער 
רוסישער וואָרט , זשוד", אַלס אויסדרוק פון פאַראַכטונג צו אַ אוד. און 
דער סאַוטה ברויכט מען דעם װאָרט ניט (און און ענגלאַנד אויך ניט). 





404 בלעמער פון מוין לעבען 


אונשולדיג, מיר וועלען דעם פארמלוכטען אידען אַװעקשיקען 
אויף יענער וועלט". 

דער מאַב האָט פאַרלאָרען דעם געדולד און איז פּשוט געווען 
ווילד פון כעס פאַרװאָס ער קען אַזױי ניך ניט אויספיהרען. וי 
סמייעט דער פאַרפלוכטער איד צו קעמפען גענען איהם ? 

עס איזן אומגענאַננען א פּשט?, אז צווישען זיך זיינען די 
אידען מאָראַליש, נאָר אַז שענדען א קריסטליכע פרוי ערלויבט 
זיי זייער רעליניע. 

איינער פון די אטלאַנטער יהודים האָט מיר דערצעהלט ווע" 
גען זיינעם אַ קרויסטליכען פריינד, וועלכער האָט דעם דאָזינען 
פּשט'? געהערט פון אַן אַנדער קריסט, וועלכער האָט דאָס אויס- 
געדריקט אויף דעם פאַלנענדען שטיינער : 

אַז אידען געברויכען קריסטליכע בלוט אויף פּסח אין לע- 
כערליך ; אָבער אַז זיי האַלטען פאר א סצוה צו שענדען אַ 
קריסטליכע מיידעל --- דאָס איז ואַרשײינליך אמת. זייער רע- 
ליניע ערלויבט זיי פרייחייטען מיט פרויען פון א פרעמדער ראסע, 
כדי עס זאָל זיי זיין גרינגער צו לאָזען צורוה די פרעמדע פרויען 
פון זייער איינענעם פאָלק, 

דער פאַלגענדער פאַקט איז אינטערעסאנט אין א דאָפּעלטען 
זין : 

צוויי אידישע יוננע לייט זיינען נעשטאַנען אויף דרויסען 
לעבען דעם פענסטער פון אַ אידישער סטאָר און געשמועסט. 
עס זיינען פאַרבייגענאַננען דריי קריסטען, און איינער פון זיי 
האָט געזאָגט אין דער חויך: 

,מען האָט בעדארפט אויסקוילען אלע אידען". 

די צוויי יונגע אידען האָבען דאָס נגעהערט. 

--- װאָס האָט איהר געזאָנט ? -- האָבען זיי געפרענט, צו- 
קומענדיג צו דעם וואס האָט אויסנעשריען דעם אנטיסעמיטישען 
פּסוק. דער בויאַן האָט איבערנעזאַנט זיינע ווערטער, און דאַן האָט 
איינער פון די צוויי אידען --- אַ נעזונטער יוֹנג -- איהם אַזאַ 
פלעם געטאָן, אז ער איז אַנידערנעפאַלען א צובלוטינטער. די 
דריי קריסטען האָבען גערופען אַ פּאָליסמאַן און מען האָט זיי 
אַלעמען, די דריי קריסטען אַזױי גום וי די צויי אידען -- 


די פרענק דראַמא 208 


| אַוועקנעפיהרט אין אַ פַּאָלִיס קאורט. דער סוף אין געװען אַז 
דער דזשאָדזש האָט דעם צובלוטינטען אנטיסעמיט צוגע'פּסק'ענט 
פופציג דאָלאר שטראָף. 


איך זאָג, אז עס איז ,אינטערעסאַנט אין אַ דאָפּעלטען זין", 
וויי? די נעשיכטע ווייזט: 1) אַז עס איז פאַרשפּרײט געװאָרען 
אנטיסעמיטישע גיפט אין די מאַסען, און 2) אז טראָץ דעם, איז 
נאָך ניט פארלאַשען געװאָרען דער גייסט פון אַנשטענדיגקייט 
צו אידען, וועלכער האָט אימער געהערשט אין דער פאוטה. 


38 


וויכטיגע נייע באַװוײיזע. -- די זיבען האָר. -- אַן איבערראַ- 
שענדע ענטדעקונג. -- לעממי קווין. -- דער יונגער 
אידישער לאַיער הענרי א. אַלעקואַנדער. 


איך מוז אונטערברעכען מיין ערצעהלונג וועגען מיינע באַ- 
גענענישען סמיט פרענק'ען,. איך מון פריהער באקאנט מאכען 
דעם לעזער מיט נייע באַווייזע פון זיין אונשולד, וועלכע זיינע 
לאִיערס האָבען באַקומען פאַר מיין רייזע קיין אַטלאַנטא. 

אין אַ פריהערדינען פּלאַץ איז גערעדט געווארען ווענען די 
זעקס-זיבען האָר, װאָס דער אַרבײיטער בעררעט פון דעם מעטאַל- 
צימער האָט געפונען אויף זיין מאַשין. א פּאָר פון די אַרבי- 
טער מיידלעך האָבען געזאָגט, אז דאָס אין מערי'ס. סיר האָבען 
אויבען נעשטעלט די פראַנע: פארװאָס האָט דער סאָליסיטאָר- 
דזשענעראל די האָר ניט איבערנענעבען צו אַ ספּעציאַליסט, אַז 
ער זאָל זיי באַקוקען און פאַרגלייכען דורך אַ מיקראָסקאָפּ? 
פאַרװאָס האָט ער זיך צופרידענגעשטעלט מיט דער מיינונג פון 
אַ פּאָר אַרבייטער מיידלעך ? 

דער אַנטװאָרט איז, אַז ער האָט די האָר טאַקע איבערגעגע- 
בען צו אַ ספּעציאַליסט -- נעמליך, צו דר. הערריס'ן, דעם אֶפו- 
ציעלען כעמיקער פון דער העלטה באָארד (געזונדהייטס אִפּי 
טיילונג) פון דעם שטאאַט דזשאָרדזשיא. און וי פרענק'ס לאַ- 
יערס האָבען זיך ערקונדיגט (שוין נאָך פרענק'ס טרייע?), אין 
דר. הערריס'עס באַריכט צו דעם סאָליסיטאָר-דזשענעראַל געווען, 


4206 בלעטער פון מיין לעבען 


אַז ער גלויבט ניטס דאָס די האֶר ויינען 
מערי'ס. 

אויפ'ן טרייעל איז דר,. הערריס געווען אַן עדות נאָר וועגען 
אַן אַנדער ענין, נעמליך, וועגען דעם צושטאַנד פון די שפּייז, װאָס 
מען האָט געפונען אין מערי'ס מאָנען (פון דעם האָט מען גע- 
קענט דרינגען וויפיל צייט עס אין אַריבער פון איהר מיטאָנ 
עסען ביז דעם מאָרד) ‏ ועגען מערי'ס האָר האָט דאָרסי איהם 
דאַן קיין פראַנען ניט געשטעלט; אלאָ, האָט ער ניט געהאט 
קיין געלעגענהייט אַרױסצוזאָנען זיין מיינונג וועגען דעם, 

פרענק'ס לאֵיערס, ווידער, האָבען דר. הערריס'ען ניט נע- 
פרענט וועגען די האָר, ווייל די דעטעקטיווס האָבען אויף זיי גע- 
מאַכט אַן איינדרוק, אַז די אונטערזוכונג האָט באַװויזען, דאָס די 
האָר זיינען מערי'ס. ערשט שפּעטער האָבען זיי זיך דערוואוסט 
פון דעם באַריכט װאָס דר, הערריס האָט אָפּנעגעבען וועגען די 
האָר. 

דאָרסי האָט דר. הערריס'ען וועגען דעם ענין אוים'ן טרייעפ 
ניט געפרענט, ווייל זיין אנטװאָרט װאָלט צוקלאפּט זיין קייס, 
װאָרים די זיבען האָר, האָט דאָרסי נעשריען ביים טרייעל, זיי- 
נען איינער פון די שטאַרקסטע באַוייזע אַז די מיידעלע האָט ער- 
מאָרדעט פרענק. (נאָך דעם וי ער האָט איהר אַרײנגענארט אין 
דעם מעטאַל צימער, וואו בעררעטט האָט די האָר שפּעטער גע- 
פונען). | 

דאָרסי'ס באַהױפּטונג אין געריכט, אַז די עטליכע האָר זיי- 
נען פאַרלאָרען גענאַנגען, ערקלערט זיך מיט דעם, דאָס דר. 
הערריס האָט צו זיין אונטערזוכונג די האָר צושניטען אויף 
שטיקלעך. ווען מען װאָלט אין קאורט נעזעהן די צושניטענע 
שטיקלעך, װאָלט דייטליך געווארען, אז די האָר האָט אונטערזוכט 
א ספּעציאליסט און דאַן װאָלט אַרויסנעקומען הערריס'עס באַ- 
ריכט, אז די האָר זיינען ניט מערי'ס. איצט אלזאָ, ווען פרענק'ס 
פאַרטיידיגער האָבען שוין נעוואוסט פוֹן דיזען פאַקט, האָבען זיי 
זיך נעגרייט איהם אַרויסצושטעלען אַלס איינעם פוֹן די גרינדע, 
פארװאָס מען דאַרף זייער קליענט נעבען אַ נייעם טרייעל, 

אַ צווייטער פּונקט אין דעם נייעם אַפּיל, ואָס זיי האָבען 


דו פרענק דראַמא 497 


איצט געהאַלטען אין צופערטינען, איז געוװען א מערקווירדיגע 
ענטדעקונג, וועלכער דער אויבען-דערמאָנטער לעממי קווין") אַ 
קריסט, האָט נאָכ'ן טרייעל געמאַכט אין איינעם פון די צוויי מאָרד 
צעטעלעך. 

אין אַ געוויסען נאָכמיטאג, שוין נאָכדעם װי פרענק אין 
געווען פאַראורטיילט צום טויט, איז קווין געשטאַנען און באַקוקט 
אַ פאַטאָנראַפישע קאָפּיע פון צעטעלע ,נומער 1". ער אין גע- 
ווען באַשעפטינט אויף דער פּענסיל פּעקטאָרי אלס פאָרמאַן אי 
בער דער מעטאַל אָפּטײלונג. ער האָט זיך אין דעם פאַטאָגראַף 
גוט איינגעקוקט, װאָרים ער האָט אין איהם באַמערקט שװאַרצע 
פלעקען: און ואָס מעהר ער האָט זיך צונעקוקט, אַלץ מעהר 
האָט ער אין זיי דערזעהן, 

מען מוז אָבער צוערשט ערקלערען, אויף װאָס פאַר סאָרט 
פּאַפּיר דער צעטעלע איז געווען געשריבען. 

די פּאַפּיר פון , צעטעלע נומער 1" איז געווען ברוין און פון 
אויבען זיינען אויף איהר געווען אַ פּאֶר געדרוקטע שורות, וועל- 
כע האָבען געוויזען, אַז דאָס איז אַן ,אָרדער בלענק" (אַ בלאַנק 
אויף וועלכען אַ געשעפט שרייבט אויף באַשטעלוננען אויף געצייג, 
מאַטעריאַל אָדער עפּעס אַן אַנדער אַרטיקעל). 

פון יעדען אָרדער װאָס אַ פירמע שיקט אַרױס, בלייבט ביי 
איהר איבער אַ קאָפּיע, אום צו קענען פאַרנלייכען די רעכנונגען 
װאָס מען שיקט איהר צו מיט די באַשטעלוננען פאַר וועלכע זי 
דאַרף צאָהלען,. און טאָמער מאַכט זיך דערנאָך עפּעס א סכסוך, 
זאָל זי האָבען װאָס צו ווייזען, װי דער לעזער ווייס, דאַרף מען 
די קאָפּיע נאָרניט שרייבען, זי קומט שוין אַרױס פון זיך אַלין, 
בשעת מען שרייבט דעם אָרדער. אונטער דעם בלענס ליגט נאָך 
אזא בלענק, און צווישען זיי ליינט מען אַװעק אַ בלעטעל רינע, 
שװאַרצע קאַרבאָן פּייפּער (קוילען פּאַפּיר). אלזאָ, בשעת מען 


*) ער האָט עדות געזאָגט, אַו אין דעם שבת פון דעם מאָרד האָט 
ער פרענק ען געזעהן אין זיון אָפּיס און גערעדט מיט איהם האַלב נאַך 
צוועלף. די צייט ווען לויט קאנלו'ס באַהו יפּטונג, האָט ער (קאנלי) און 
פרענק אַרונטערגעפיהרט דעם קערפּער אין קעלער. 





28 בלעטער פון מיין לעבען 


שרייבט אויף דעם אויבערשטען בלענק, דרוסט זיך יעדער בוכ- 
שטאַב אִָפּ אויף דעם אונטערשטען בלענק אויך. אַזאַ קאָפּיע רופט 
מען , קאַרבאָן קאָפּיע", 

אויף יעדען אָרדער בלענק איז אָפּגעדרוקט א נומער און דער 
זעלבער נומער געפינט זיך אויף דעם אונטערשטען בלעטעל אויך. 
אויך איז אויף יעדען אָרדער בלענק, און אויף דער אונטערשטער 
בלעטעל, אָפּנעדרוקט דער נאָמען פון דער שטאָרט (אטלאנטא) און 
אַ טייל פון דעם דאַטום (די איבערינע טייל שרייבט מען צו מיט'ן 
האַנד), 

ווען קווין האָט זיך נעהענטער צונעקוקט צו די שווארצע פלע- 
קען, וועלכע האָבען זיך געזעהן צווישען דער צווייטער און דרי- 
טער געשריבענער שורה פון דעם מאָרד צעטעלע, האָט ער נענומען 
באמערקען עפּעס באַקאַנטעס, ביז ענדליך האָט ער דערקענט די 
אונטערשריפט פון א מאַן מיט'ן נאָמען בעקער, וועלכער אין 
פריהער געווען פאַרבונדען מיט דער פעקטאָרי אַלס מייסטער- 
מעכאַניקער (ער איז אַװעק פון דאָרטען ענדע דעצעמבער, 1912, 
צוויי און א האלב מאָנאַט פאַר דעם מאָרד), 

דאָס אַלץ האָט זיך געזעהן צווישען די שורות אויף א מאַָ- 
טאָגראַף פון דעם צעטעלע. היינט וי דייטליך אין שוין בע- 
קער'ס אונטערשריפט געווען אויף דעם ארינינאָ? פון דעם צעטע- 
לע, וועלכער האָט זיך דאַן געפונען ביים פאָליסיטאָר-דזשענעראל ? 

די הארץ האָט ביי קווין'ען אַ ציטער געטאָן,. ער האָט דער- 
פיהלט, אַז אין דיזען אונטערשריפט לינט אַן אייזערנער באַװיז, 
אַז דער צעטעלע איז נעשריבען געװאָרען אין קעלער און ניט אין 
פרענק'ס אֶפיס, װוי קאָנלי האָט געזאָגט. 

קאָנלי האָט אין קאורט דערצעהלט, אז בשעת פרענק האָט 
זיך נעקליבען איהם צו דיקטירען די צעטעלעך, האָט ער אַרינ- 
נעשטעקט די האַנט אין זיין דעסק, אַרױיסנענומען פון דאָרטען אַ 
פּעד" ((, בלאק"), אָפּגעריסען אַ בלעטעל און איהם געהייסען 
שרייבען. דער דערמאַנטער צעטעלע איןז אָבער ניט געווען גע- 
שריבען אויף אַ פרישען בלעטע?ל פּאַפּיר, נאָר אויף אַ ‏ קא ר ב אִן 
ק אַ פּיע פוֹן ב עקער'ס אן א לט ען אָרדער, 
היינט װוי קומט דאָס אין פרענק'ס דעסק ? 


דו פרענק דראַמא 109 


דער נומער פון דעם אָרדער בלענק, אויף וועלכען דער דאָי 
זינער צעטעלע איז געווען געשריבען, איז געווען 1018. האָט מען 
אַ קוק געטאָן אין די אַלְטע ביכער און מען האָט אויסגעפונען דעם 
נאָמען און אַדרעס פון דער סטאָר צו וועלכער דער אַרדער איז 
נעשיקט געװאָרען. דאָרטען האָט מען באַקומען דעם אַריגינעלען 
אָרדער און מען האָט נעזעהן דעם דאַטום, ווען דער אָרדער איז 
אַרויסגעגעבען געװאָרען, דאָס אין געװען אונגעפעהר מים א 
יאָהר פאַר דעם מאָרד! 

דערנאָך האָט מען געפונען בעקער'ן, און ער האָט אַלץ באַ- 
שטעטינט, --- אַז דער ,, צעטעלע נומער 1" איז געשריבען געװאָרען 
אויף אַ קאַרבאָן קאָפּיע פון זיינעם אַן אַלטען אָרדער, און אַז דער 
נאָמען בעקער איז טאַקע זיין אונטערשריפט.*) 

צעטעלע נומער 71 איז אלזאָ געווען אַן אלטע שמאַטע מיט 
קוילענע בוכשטאַבען, א קאַרבאָן-קאָפּיע פון אַן אַלטען אָרדער. 

עס איז סתם לעכערליך זיך פאָרצושטעלען, אַז אין פרענק'ם 
דעסק זאָלען זיך געפינען קאַרבאָן-קאָפּיעס פון אַלטע אָרדערס, 
וועלכע אַ געוועזענער מייסטער-מעכאַניקער האָט אַמאָל אַרױס- 
נעגעבען, לאָמיר אָבער אויף א ויילע אָננעמען, אן דאָס איז 
יאָ מענליך. װאָלט דאָך פרענק נלייך באַמערקט, אַן די בלע- 
טע? האָט אויף זיך סליאַדען פון געשריבענע שורות, װאָרים 
לויט קאָנלי'ס עדות-זאָנען איז דאָך דאָס פאָרגעקומען אין העלען 
טאָג, אין דער מיטאָג-שטונדע, ווען פרענק'ס אֶפּיס פלעגט זיין 
פול מיט זונען-שיין. ער װאָלט די ,שמאַטע? אַװעקגעװאָרפען 
און װאָלט גענומען אַ פרישע בלעטעל, אַ ריינע. 


נאנץ אַנדערש איז עס, ווען מען שטעלט זיך פאָר, אַז די 


*) בעקער האָט דאַן געוואוינט אין אוירװינגטאַן, ניו דזשוירזי, 
ניט ווייט פון ניו ואָרק. פאַר ניו ואָרקער צויטונגס רעפּאָרטערס, װאָס 
האָבען איהם באַזוכט, האָט ער אַלץ באַשטעטוגט. דערביי האָט ער אויך 
געזאָגט דאָס פאָלגענדע: ;איך קען פרענק'ען גאַנץ גוט. ער אוו אַ 
העכסט אַנשטענדיגער און וואוילער מענש. ווען איך האָב געהערט אַז ער 
אין אַרעסטירט, האָב איך צו אוהם געשריבען און האָב אויסגעדרוקט 
ענטריסטונג און איבערצייגונג אַז ער װועט זיין פרוו. באַשולדינען איהם 
אין דעם מאָרד איז לעכערלוך". 





00 | בלעטער פון מיין לעבען 


צעטעלעך האָט מען נעשריבען אין בייסמענט. ערשטענס האָבען 
אַזעלכע אַלטע קאָפּיעס זיך דאָרטען אימער געװאַלנערט אין דעם 
מיסט, צווייטענס, אין אין דעם בייסמענט קיין מאָל ניט געווען 
ליכטיג; און אויף דעם אָרט, ואו מען האָט געפונען דעם 
טויטען קערפּער און וואו נאָהענט דערביי אין נגעשטאַנען אן אַל- 
טער שרייב-טישעל, אין אימער נעווען גאַנץ טונקע?ל. אין אַ 
זייט איבער דעם גרויסען אויווען, פלענט דאָרטען ברענען אַ 
קליינער גאַזדרעהרע? און דורך אַ לעכע? אין דער הינטער-טיר 
פלענט בייטאָג אַריינדריננען אַ שװאַכע שטיקעל שיין. אמת 
ליכטיג איז דאָרטען יעדענפאַלס ניט געווען. דער מערדער האָט 
אלזאָ ניט נגעקענט באַמערקען, אז אויף דעם פּאַפּיר זיינען פאַראן 
סליאַדען פון קוילען-שריפט. וען ער האָט געװאָלט אויפשריי- 
בען דעם צעטעלע האָט ער גענומען די דאָזינע אַלטע בלעטעל, 
וועלכע אין געלענען לעבען דעם אָרט, וואו ער האָט אַוװעקנע- 
לייגט זיין קרבן, און האָט אויף דעם --- אויפ'ן שרייב-טישעל --- 
געשריבען מיט אַ בלישטיפט. ער האָט אויפנעשריבען ניין 
שורות ; און ווען עס האָט איהם אויסגעפעהלט פּלאַץ, האָט ער 
אויפנעזוכט אַן אַלטע , פּעד? פון נאַנץ בילינע פּאַפּיר, וועלכע 
ער האָט אויך געפונען גלייך דערביי (אַזעלכע זאַכען האָבען זיך 
דאָרטען אימער געפונען), און ער האָט צונעשריבען די אַנדערע 
פינף שורות. 

עס איז קלאָר װוי דער טאָנ, אַז די צעטעלעך זיינען נע- 
שריבען געװאָרען דאָרטען אין בייסמענט, לעבען דעם מת. 

ווען פאר'ן טרייע? אָדער אין דער צייט פון דעם טרייעל, 
װאָלטען די לאַיערס נעוואוסט דאָס, װאָס קווין האָט ענטדעקט 
שפּעטער, װאָלט אלץ אפשר אָנגענומען אַן אַנדער ריכטונג. פרענק 
װואָלט אפשר באַפרייט געווארען און ער װאָלט נאָך היינט נע- 
לעבט, איך זאָג אַלץ ,, אפשר", װאָרים דער מאַב איז דאַן געווען 
אַזױ אויפנערענט, און די דזשורי איז געווען אַזױ שטאַרק בע- 
איינפלוסט פון דעם מאַב, אַז נאָט אַליין װאָלט אפשר ניט נע- 
קענט איבערציינען די צוועלף מענער, אַז פרענק איז אונשולדיג, 
עס איז ניט געווען קיין פראַנע פון איבערציינען זיי. פרענק'ס 
שיקזאַל איז דאַן געווען פאַרזיגעלט, דאָך, ווען פרענק'ם לאַיערס 


די פרענק דראַמא 01 


װאָלטען דאַן געוואוסט, אַז , צעטעלע נומער 1" איז געשריבען 
געװאָרען אויף אַן אַלטער קאַרבאָן-קאָפּיע, װאָלטען זיי דאָס נאַ- 
טירליך פאָרגעבראַכט אין קאורט, זיי האָבען אויף זיין קייס 
געאַרבײיט מיט אַלע קרעפטען. אָבער באַקוקען אוֹן באַטראַכטען 
די צעטעלעך וי מען װאָלט אין אַזאַ פאַל געוויס געטאָן אין 
ניו יאָרק, אזא זאך איז זיי נאָר אויפ'ן געדאַנק ניט אַרויפגע- 
קומען, קאָנלי האָט זיך מודה געווען, אַז ער האָט געשריבען די 
צעטעלעך ; ער האָט גע'טענה'ט, אַז דאָס האָט איהם פרענק 
דיקטירט, און פרענק האָט דאָס געלייקענט, אָבער ווענען דעם 
פאַקט, אַז קאָנלי האָט זיי געשריבען איז קיין סכסוך ניט געװען. 
אַלזאָ, האָבען די לְאִיערס זיך מיט די צעטעלעך מעהר ניט אינ- 
טערעפירט, 

די ערקלערונג, װאָס איז נעמאַכט געװאָרען פון דעם אויבען- 
דערמאָנטען יונגען אידישען לְאיער, הענרי א, אַלעקזאַנדער, אין 
באַצונ צו דעם פּשט פון די צעטעלעך, איז אויך געווען אַ העכסט- 
וויכטינע ענטדעקונג. ואָרים וי ער האָט באַװיזען, איזן די 
- שפּראַך אַן עכט נענערשע: די צויי װוערטער ינאַיט וויטש", 
וועלכע מען האָט פריהער געטייטשט גאַנץ פאַלש, שטעלען מיט 
זיך פאָר אַן אַבערגלױיבען, וועלכער אין ביי די נעגערס איינגע- 
װאָרצעלט נאָך פון נאָר פאַרצייטען. פרענק'ען, דעם וייסען 
יונגענמאַן פון ברוקלין, װאָלטען דיזע ווערטער ניט געקענט איינ- 
פאַלֶען. 

אַלעקזאַנדער איזן דער זוהן פון איינע פון די עלטסטע אי- 
דישע פאַמיליעס אין דער סאָוטה,. ער שטאַמט פון אַ פּאָרטוגעזיש- 
אידישער משפּחה און איז אַ געבילדעטער, דענקענדער מענש. 
ער האָט באַמערקט, אַז די צעטעלעך באַקומען ניט די ריכטיגע 
אויפמערקזאמקייט --- אַז אין דער צייט פון דער אונטערזוכונג האָט 
דער סאָליסיטאָר-דזשענעראַל זיי באַטראַכט גאַנץ אויבערפלעכליך, 
און אַז אַפילו פרענק'ס אַדװאָקאַטען האָבען זיי אויך ניט געשאָנ- 
קען די געהערינע אויפמערקזאַמקײט. האָט ער זיי גענומען באַ- 
טראַכטען און שטודירען, און דער רעזולטאָט איז נעווען, אַז ער 
האָט גלייך זיי פאַרטייטשט מיט זייער ריכטינען פּשט. 

די ערקלערונגען, װאָס אַלעקזאַנדער האָט גענעבען, האָבען 


09 ' בלעטער פון מיין לעבען 


נעצוינען אַלנעמיינע אויפמערקזאַמקײט,. איך האָב אין אטלאנטא 
נערעדט מיט אַ קריסטליכען לאִיער און מיט אַנדערע אינטעלינענ- 
טע קריסטען, און זיי האָבען צונעגעבען אַז ,נאיטוויטש" הייסט 
אָהן צווייפע? אַזױי װי עס איז נגעשריבען אין דעם צעטעלע, און 
אַז ביי די נענערס איז טאַקע פאַראַן אַזאַ אַבערגלױבען (שפּעטער, 
פאָהרענדיג צוריק קיין ניו יאָרק, האָב איך אין מיין װאַנאָן ווענען 
דעם געשמועסט מיט א וייסען סאָדערנער פון אַן אַנדער סטייט. 
ער האָט אויך נעוואוסט פון דעם דאָזינען אַבערגלױבען. ער 
האָט זיך געוואונדערט, װאָס פריהער איז קיינעם אין אטלאנטא 
ניט איינגעפאלען, אז {וויטש" מיינט טאַקע ,וויטש" (מכשפה) 
און ניט אַ ,װאַטשמאַן". 

אַלעקזאַנדער האָט אויך נעמאַכט אַ פַּאָר אַנדערע וויכטינע 
ערקלערונגען ווענען די צעטעלעך און וענען אַנדערע פּונקטען 
אין דער פרענק קייס. ער האָט אַרױיסגענעבען אַ ספּעציעלע בראָ- 
שורע ועגען דער קייס,. איך האָב איהר איבערגנעלעזען און 
האָב מיט איהם פי? צייט פאַרבראַכט אין געשפּרעכען ווענען דעם 
פּראָצעס, 

בשעת מען האָט געפערטינט די קייס פאַר דעם אַפּיל צו דעם 
העכערען נגעריכט האָט מען אַלעקזאַנדער'ן איינגעלאַדען אנטייל 
צו נעמען אין דער פאַרטײידיגונג. ער האָט זיך באַטײליגט אין 
דער אַרבייט פאַר ווייטערדינע אַפּילס אויך. און ער האָט דערביי 
אַ וויכטינע ראָלע געשפּילט*), 

34 


אַן איבערקערעניש. --- מען מעג שוין זאָגען דעם אמת. --- 
מען איז זיך מודה הין און צוריק. --- א מיש-מאַש 
פון אמת און ליגען. -- פּובליסימי. 


ווען עס איז באַקאַנט געװאָרען אַז דזשאָדזש ראָון, דער 
טרייעל ריכטער, צווייפעלט אין פרענק'ס שולד, האָט די מעלדונג 
געמאַכט אַ שטאַרקען איינדרוק, הויפּטזעכליך אויף די אינטע- 


*) בשעת איך האָב געאַרבײיט אויף דיזען טהויל פון דעם פטען 
באַנד , בלעטער", דאָס היוסט זעכצעהן יאָהר שפּעטער, האַב איך מיין 
באַקאַנטשאַפט מיט אוהם באַנױט דורך בריף, און ער איז געוען 





דו פּרענק דראַמא 209 


ליגענטערע טיי? פון דער באַפעלקערוננ. אַ היבשע צאָהל מענשען 
האָבען די גאַנצע צייט ביי זיך אין האַרצען געפיהלט, אַז קאָנלי'ס 
מעשה לענט זיך ניט אויפ'ן שכ?, זיי האָבען דאָס אָבער דער- 
שטיקט אין זיך, װאָרים אַרױסצוזאָגען אַ װאָרט פאַר פרענק'ען 
איז געווען אַ סכנה, זינט אָבער דער עולם האָט זיך דערוואוסט, 
אַז דזשאָדזש ראון אַליין האָט אויך אַזאַ געפיהל, האָט מען באַ- 
קומען מעהר מוט און מיט נאַהענטע פריינט, ויינינסטענס, האָט 
מען וועגען דער פּראַנע פון אַ נייעם טרייעל פאַר פרענק'ען 
געשמועסט אין אַ נייעם טאָן, מען האָט פאַרנאַנדערגעגלידערט 
די געשיכטע, נעפרענט קשיות, אָנגעוויזען אויף װידערשפּרוכען, 
אויף אוננלויבליכע איינצעלהייטען. 

אין די נאָרטה שטאַטען, איז דער אינטערעס אין דער פרענק 
קייס נאָכ'ן טרייעל שטאַרק אויסגעװאַקסען, װאָרים עס אין נע- 
װאַקסען אַ קלאַנג, אַז דער סופּערינטענדענט פון דער פּענסיל 
פעקטאָרי איז אונשולדינ. פון דעם האָט זיין פּראָצעס באַקומען 
גאָר אַן אַנדער פּנים. און די באַציהונג צו דער קייס איז געװאָרען 
גאָר אַן אנדערע. די פּרעסע פון יענע שטאַטען האָט דעם ענין 
גענומען אָפּנעבען אַ סך מעחר פּלאַץ וי פריהער, פון אַן אַנטײ 
פרענק מאַב און פון אַן אַנטי-פרענק פּאַליציי איזן מען דאָרטען 
טעראָריזירט ניט געװוען; האָט מען ניט מורא געהאַט אָפען צו 
שטעלען די פראַנע, אויב פרענק איז ניט אַ קרבן פון אַ קאָנספּי- 
ראַציע ? 

די צייטוננען פון דער נאָרטה, הויפּטזעכליך פון ניו יאָרק, 
ווערען געלעזען אין דער סאוטה אויך, און דורך זיי האָט מען זיך 
דערוואוסט װאָס פאַר אַן איינדרוק די פרענק קייס מאַכט אויף 
מענשען, וועלכע האָבען אן אומפּאַרטײיאישע מיינונג ועגען 
דער קייס, 

דאָס צוזאַמען מיט דזשאָדזש ראון'ס ערקלערונג, אַז ער 
אַליין איזן ניט איבערציינט דאָס פרענק איז דער מערדער, האָט 


פריינדליך גענוג סור באַתקילפיג צו זוין מיט אַנטװאָרטען אויף אַ 
ריווהע פּראַגען, מיט ערקלעהרונגען און מוט וווכטיגע מאַטעריאַלען. 
אַ דאַנק זיין שטיצע זיינען באַזיימיגט געװאָרען אייניגע שוועריגקיימען, 
וועלכע זיינען מיר פריהער געשמאַנען אין ועג. 





04 בלעטער פון מיין לעבען 


ביסלעכווייז געשאַפען אַ שטילע איבערקערעניש אין פילע אַטלאַן- 
טער מוחות. 

אין מערץ 1914, ווען איך בין געקומען אין אַטלאַנטאַ, האָט 
די דאָזינע איבערקערעניש שוין דערגרייכט אַ צימליך הויכע 
מדרנח, און גראד אין דער ואָך, װאָס איך האָב דאָרטען פאַר- 
בראַכט, האָבען אַ פַּאַר דאָרטינע צייטונגען שוין זיך ערלויבט 
אַרויסצוקומען מיט אָפענע דבורים, אַז פרענק'ס טרייעל אין 
געפיחרט געװאָרען אונטער אומשטענדען וועלכע האָבען אַן 
אומפּאַרטייאישען װוערדיקט אונמעגליך געמאַכט; וויכטינע גלחים 
האָבען אין זייערע טשוירטשעס געהאַלטען דרשות אין דעם 
זעלבינען זינן, און די פראַנע אויב פרענק דאַרף האָבען אַ נייעם 
טרייעל איז אָפען דיסקוטירט געװאָרען. 

דאָס אַלץ האָט נעשאַפען אַ נייע שטימונג, און אַ נאַנצע 
רייהע עדות, װאָס האָבען אויפ'ן טרייע? נעדינט דער פאֲלִיצֵיי 
גענען פרענק'ען, האָבען באַקומען מוט זיך מודה צו זיין, אַז זיי 
האָבען ביים טרייעל ליגען געזאָגט. אַזױ האָבען זיי ערקלערט אין 
אַן אַפידייוויט (אַ געשװאָרענער סטייטמענט), וועלכען זיי האָבען 
געבראַכט פאַר פרענק'ס לאיערס. 

דער אַנדער לאַגער, דער לאַגער פון דער פּאָליציי און דעם 
פאָליסיטאָר-דזשענעראל, איז אָבער אויך ניט נעבליבען זיצען מיט 
צונויפנעלענטע הענט; און אַ טייל פון די װאָס האָבען זיך מודה 
געווען אַז זיי האָנען ביים טרייעל איבערגעזאָגט א לעססאָן, וועל- 
כען די דעטעקטיווס האָבען אין זיי אַריינגעקנעלט, האָבען דער- 
נאָך זיך , מודה נעווען" אויף צוריק. זיי האָבען געמאַכט נייע 
אַפידייוויטס אַז אַלץ װאָס שטעהט אין זייערע ערשטע אַפּידייוויטס 
איז אַ לינען, און אַז זייער עדות-זאָגען ביים טרייעל איז געווען 
אמת, אייניגע פון דיזען סאָרט אַפידייוויט מאַכער האָבען זאָנאַר 
געלייקענט, אַז זיי האָבען מיט פרענק'ס לאִיערס ווען עס אין 
גערעדט, 

עס זיינען אָבער געווען גענוג אַזעלכע, וועלכע האָבען צוריק- 
געצויגען זייערע אַנטי-פרענק באַהויפּטוננען, און וועלכע האָבען 
זיך ביי דעם געהאַלטען. וױדער ,איבערריידען" זיי זיינען די 
דעטעקטיוום שוין ניט געווען אימשטאַנד, 


דו פרענק דראַמא 05 


עס האָבען זיך אויך באַוויזען נייע עדות פאַר פרענק'ען, 
מענשען װאָס האָבען אין דער צייט פון דעם טרייעל געשויגען, 
פּשוט ווייל זיי האָבען מורא געהאַט פאַר דער פּאָליציי. אָבער פון 
- דיזע זיינען אויך ניט אַלע געבליבען פעסט ביי די אַפידייוויטס 
װאָס זיי האָבען געמאַכט פאַר פרענק'ען. די פּאַליצײי האָט ביי 
זיי אַרױסגעקראָגען א געשװאָרענע אָפּלייקענונג פון זייערע פרענק- 
גינסטינע אַפידייוויטס. אין איינינע פאַלען אַזעלכע אין אָבער 
לייכט געווען צו זעהן, אז זייער ערשטער אַפידייווים איז געווען 
אן אמת'ער, | 

ווייט ניט יעדערער װאָס האָט מודה געווען אַז זיין עדות- 
זאָנען געגען פרענק'ען איז געווען פאַלש, אָדער װאָס האָט זיך 
נאָכ'ן טרייעל באַװויזען אַלס אַ נייער פרענק עדות, איז געווען 
אַ פּערזאָן מיט אַן אומבאַפּלעקטע רעפּוטאַציע. אָבער אַ היבשע 
צאָה? פון אַזעלכע אַלטע אָדער נייע עדות איז באַשטאַנען פון 
פאָלשטענדיג אַנשטענדיגע און גלויבענסווערטע מענשען. 

עס איז אַרוױיסגעקומען אַ פּלאָנטער פון געשװאָרענע אמת'ן 
און געשװאָרענע ליגענס ; פון מודה זיין זיך און פון אַ ,, צווייטען 
מודה זיין זיך" אַז דער ערשטער , מודה זיין זיך" איז געוען 
כזב ושקר, אין איינינע פאַלען איז שווער געווען צו אורטיילען 
ווען דער אַפידייװויט-מאַכער האָט פאַלש געשװאָרען, צי בשעת 
ער האָט זיך , מודה געווען? אַז ער איז אַ ליגנער, צי בשעת ער 
האָט חרטה געהאַט פאַר װאָס ער האָט זיך מודה געווען. 

ביי דיזען פּונקט פאָדערט זיך אַ באַמערקונג וועגען דער אונ" 
וויספענדער טיי? פון דער באַפעלקערונג אין דער סאוטה. ערש- 
טענס, וי מיר האָבען שוין באַמערקט, ווען מיר האָבען גערעדט 
ווענען מאב-פּסיכאָלאָניע דארטען, האָט די סאוטה א גרעסע- 
רען פּראָצענט אונוויסענדע מענשען וי די נאָרטה; און זי 
האָט זאָנאַר אַ היבשע ביסעל ווייסע װאָס קענען ניט לעזען 
און שרייבען, --- אן ערשיינונג, וועלכע איז אין די נאָרטה שטאַ- 
טען במעט אַן אונמענליכקייט. (מיר שטרייכען אונטער דעם װאָרט 
,ווייסע", וויי? נעגערס װאָס קענען ניט לעזען און שרייבען זיינען 
אין דער סאוטה א געוועהנליכע זאָך). צוייטענס, געפינט מען 
צווישען די אונוויסענדע סאָדערנערס א גרעסערען פּראָצענט 


06 בלעמער פון מיין לעבען 


לייכטזינינע מענשען וי צווישען די מאַסען פון דער נאָרטה, און 
דאָס געהט ווידער אויף די ווייסע. וואָס אנבעטרעפט די שװאר- 
צע, זיינען זיי דאָס רוב אַזױי לייכטזינינ און אַזוױי צוגעוואוינט 
זייער פאַנטאַזיע צו געבען פרייהייט, װי קליינע קינדער. 

צווישען די עדות אין דער פרענק קייס איז געווען אַ גרויסע 
צאָה? פון דיזען טיפּ, איבערצושרעקען און איבערצוריידען אַזאַ 
עדות איז ניט שווער. ער קען היינט זאָנען אַזױי און מאָרנען 
פּונקט פאַרקערט, און איבערמאָרנען זיך איבערקוליען צוריק. 

עס זיינען אָבער געווען גענונ אַזעלכע פאַלען, וואו דער 
עדות, װאָס האָט פאלש , תשובה נעטאָן", אין פון דער נאַטור 
ניט געווען קיין ליננער און אויך ניט קיין לייכטזינינער, כאַ- 
ראַקטערלאָזער מענש. ער אין פּשום נעצוואוננען נעװען 
צו לייקענען דאָס, װאָס ער האָט געזאָנגט מיט עטליכע טענ 
פריהער. ס'איז געווען אַ פראַנע צווישען פמאָלנען די פּאליצֵיי 
און לייקענען דעם אמת, אָדער האַלטען זיך ביי דעם אמת און 
פאַרפאָלגט ווערען פון איהר. 

נאָך אַ זאַך: די לייכטזינינע מאַסע ווערט לייכט נערייצט 
פון פּובליסיטי, צו האָבען דעם נאָמען אין די צייטוננען, צו 
שפּילען אַ ראָלע אין דער סענסאַציאָנעלער קייס, ווענען וועלכער 
מען רעדט אין יעדען הויז, --- צו דעם האָט נגעצוינען הונדערטער 
מענשען, אַזױי װוי עס ציהט קינדער צו דער ביהנע, דער פּאַליצֵיי 
איז דעריבער ניט שווער געווען צו קריגען עדות ; און ניט ויי- 
נינ מענשען, הויפּטזעכליך פרויען, האָבען, צוליב דער זעלבער 
אורזאַכע, נאָכ'ן טרייע? פאָרנעשלאָגען צו מאַבען סטייטמענטס 
פאר פרענק'ען. 

39 

אין דעם לאַנער פון פרענק'ס שונאים. -- לאָקאַלער פּאַטריאַ- 
טיזם. --- זיינען אַלע אידען פאַראייניגט געגען די קריסטען 
פון דער פאוטה 4 -- אַ כאַראַקטעריסטישער לייט-אַרטיקעל. 

װאָס איז דאַן פאָרנעקומען אין דעם לאַנער פון פרענק'ס 
שונאים 4 ווען דאָרסי און די דעטעקטיווס האָבען נעזעהן, אַז די 
עפענטליכע מיינונג פאַרנעמט זיך אין דער ריכטונג פון אַ נייעם 


די פרענק דראַמא 507 


טרייע?, האָבען זיי זיך דערשראָקען. ווען מען װאָלט פרענק'ען 
געגעבען אַ נייעם טרייע? און אָנשטאָט דער בלוט-דורשטיגער 
שטימונג װאָס האָט אַרומגערינגעלט דעם ערשטען טרייעל װאָלט 
נעהערשט אַן אמת'ער וואונש צו דערגעהן דעם אמת, װאָלט פאַר 
די לאִיערס געווען לייכט צו באַקומען א װערדיקט , אונשולדיג". 
דאָס װאָכט הייסען, אַז קאָנלי אין דער מערדער און אַז דיזער 
בלוט-באַפלעקטער נענער האָט די גאַנצע צייט געפיהרט די דע" 
טעקטיווס און דאָרסי'ן פאַר'ן נאָז. פאַר דער פּאָליצײי און דעם 
פאַליסיטאָר:דזשענעראל איזן דאָס כמעט געװען אַ פראַנע פון 
לעבען און טויט. 

אס גענען-ניפט האָבען זיי דאַן מיט אַ פרישע ענערניע 
פאַרשפּרייט דעם ליגען, אז אידען פון גאַנץ אמעריקא ניבען ריזינע 
סומען צו ראַטעװען פרענק'ען. מען האָט גענעבען אָנצוהערע- 
ניש, אַז יעדער קריסט װאָס הויבט אויף זיין שטימע פאַר א 
נייעם טרייע? אין אונטערנעקויפט. 

ווען דאָרסי'ס אָפיס האָט זיך דערוואוסט, אַז פילע פון זיינע 
עדות האָבען זיך מודה געווען, אז זיי האָבען געזאָגט ליגען, און 
אַז די פאַרטיידיגונג האָט וויכטינע נייע עדות אויך, זיינען די 
שטאָדטישע דעטעקטיווס געווארען ,ביזי". מיט די פאַרשידענע 
מיטלען װאָס די פּאָליציי פאַרמאָנגט, האָבען זיי געזוכט צו וויר- 
קען אויף די װאָס האָבען געמאַכט אַפידייוויטס פאר דער פאַרטיי- 
דיגונג און מיט גרויזאמע סטראַשונקעס, אָדער מיט פריינדליכע 
צוזאָגונגען, אָדער מיט ביידע מיטלען צוזאַמען, האָבען זײַ אין 
פילע פאַלען געהאט ערפאָלג. וואו דער אפידיויט-געבער אין 
געווען אַ כאַראַקטערלאָזער אונענטוויקעלטער מענש, גרינג אויף 
אַ לינען און אויף אַ פאַלשער שבועה, האָבען די דעטעקטיוס 
געוויס ניט געהאט קיין שוערע אויפנאבע. און אַזעלכע, וי 
מיר האָבען נעזעחן, זיינען געווען א סך. 

אחוץ דעם: דורך דער אונערמידליכער אַניטאַציע פון 
דער פּאָליציי אין ביי די מאַסען פון אַטלאַנטאַ אויסגעוואקסען 
אַ געפיהל, אַז עדות זאָנען נעגען פרענק'ען, אַפילו ווען עס איז 
אַ לינען, איז א מצוה; אַז דאָס איז וויכטינ פאַר דעם נוטען 
נאָמען פון דער שטאָרט. זאָל מען ניט מיינען אַזן אטלאַנטאַ 


508 | בלעטער פון מיין לעבען 


שיקט צו דער תליה אן אומשולדינען מענשען! און זאָל מען 
אויך ניט מיינען אַז א נינער קען דעם עולם פון אַטלאַנטאַ פאַר- 
דרעהען דעם קאָפּ! 

די סאָדענערס זיינען עמפּפינדליך אויף דער מיינונג, װאָס 
אַנדערע געגענדען האָבען ווענען זיי. אַזױ װוי די פרענק קייס 
האָט געצויגען אויפמערקזאַמקײיט איבערן נאַנצען לאַנד, האָט 
מען אַריינגעטײיטשט אין דעם ,לאַקאַלען פּאַטריאָטיזם? פון 
אַטלאַנטאַ, אַז די עהרע פון דער שטאָדט און פון דעם נאַנצען 
שטאַאַט דזשאָרדזשיא פאָדערט, דאָס וועגען פרענק'ס שולד זאָל 
קיין צווייפעל ניט זיין. 

די באפעלקערונג איזן צוטיילט נגעװאָרען אויף צוויי פיינך- 
ליכע לאַנערען --- ;פּראָ-פרענק" און ,אַנטי-פרענק". עס אין 
געווען עהנליך צו דער לאַנע אין פראַנקרייך אין דער צייט פון 
דעם דרייפוס בלבו?, ווען יענע לאַנד איז געווען צוטיילט אויף 
צוויי ביטער-געגנערישע צדדים;: האַנטײדרייפוסאַרען. און 
,דרייפוסאַרען",. מיר האָבען אויבען געזאָגט, אַז די אַנטייפרענק 
מאַסע האָט פרענק'ען בעטראכט אַלס סתם אַ פיינדליכע קראַפט. 
איהר איזן שוין ניט וויכטיג געווען די פראַנע צו ער אין שולדיג 
צו ניט, ער איז ביי איהר געװאָרען אַ שונא װאָס קעמפט געגען 
איהר און געגען דעם נוטען נאָמען פון דער סאַוטה אין אַלגעמײן, 
ניט אומזיסט אין פּאָפּולער געװאָרען דער ,װערטעל: ,שולריג. 
אָדער אונשולדינ, מען מון דעם אידען שיקען אויף יענער 
וועלט". 

דער קלאַנג אַז אידען זאַמלען אַ ריזינען פאָנד, איהם צו 
ראַטעװען פון דער תליה, האָט ביי דער אונוויסענדער מאַסע גע" 
שאַפען אן איינדרוק, אַז אַלע אידען פון אַמעריקא זיינען פאַר- 
איינינט גענען אַלֶע ווייסע קריסטען פון דער סאוטה. אויב אַזױ, 
דארף מען פרענק'ען אודאַי הענגען, צו ער איז שולדיג צו 
ניט -- הענגען איהם און מיט דעם ,באַװײיזען" אַז ער אין 
יאָ שולדינ. ' 

ווען איך האָב דיזען נעדאַנק אויסגעדריקט אין איינעם פון 
מיינע שמועסען מיט פרענק'ען, האָט ער געזאָגט מיט אַן אומע- 
טינען שמייכעל: 


די פרענק דראַמא 09 


--- אַזױ זעהט עס אויס. איהר קליבט זיך דאָס צו 
שרייבען ? 
איך האָב געקענט זעהן אַז ער וױי? ניט איך זאָל דאָס 
שרייבען. לויט זיין מיינוננ האָט דאָס געקענט טאָן מעהר שאָדען 
וי גוטס. 
--- נו, װעל איך דאָס ניט שרייבען, האָב איך געענטפערט, 
--- שפּעטער ווען איהר װועט שוין זיין אין נאַנצען פריי און מיךר 
וועלען אַלץ דערמאַנען צו נוטען, דאַן װעל איך דאָס שרייבען, 
ער האָט אַ פריינדליכען שמייכעל געטאָן. 
א א 8 
דער , דיילי טעלעגרעף? (דער טענליכער טעלענראַף), א 
צייטונג װאָס ערשיינט אין דער שטאָדט מייקאָן, דזשאָרדזשיא, 
האָט דעם 26טען מערץ, אַכט טעג נאָך מיין אָפּמאָהרען פון 
אַטלאַנטא -- אין אַ לייט אַרטיקע?ל װעגען דער פרענק קייס 
געזאָגט : 
,אויב עס זאָל בעגאַנגען וװערען אַ מיסטייק (טעות) אין 
בעצוג צו איין מענשליכען לעבען, װאָלט דאָס געווען צו בע- 
דויערען. עס איז אָבער בעסער, אַן מען זאָל באַגעהן אַזאַ 
מיסטייק, איידער אונזער געזעץ-סיסטעם זאָל באַקומען אַ שלעכ- 
טען נאָמען, 
דער נאָטיץ נויטינט זיך ניט אין קיין פּירוש, זיין פּשט אין 
קלאָהר און איינפאַך: אויב פרענק איז אונשולדיג, דאַרף מען 
איהם אַלְץ הענגען; װאָרים דאָס װועט באַשטעטיגען דעם 
אורטיי? פון אונזער נגעריכט אַז ער איז דער מערדער פון מערי 
פיינען. ווען ער זאָל אַרויסגעהן פריי, װעט מען זאָגען אַן ביי 
אונז פאַראורטיילט מען אן אונשולדיגען מענשען. 
| 36 
דער ניו יאָרקער דעטעקטיוו װיליאַם דזש. בוירנס קומט 
אױיספאָרשען די פרענק קיים. 
עטליכע פון פרענק'ס בעקאנטע געשעפטסלייט האָבען 


איינגעלאַדען דעם דאַמאָלסט באַרימטען דעטעקטיוו װיליאַם דזש. 
בוירנס פון ניו יאָרק צו קומען קיין אַטלאַנטאַ און אױספאָרשען 


210 בלעטער פון מוין לעבען 


דעם מאָרד פון מערי פיינען. דער אָפּמאַך איז געווען אַז ער 
זאָל אָנפיהרען אַן אומפּאַרטייאישע אונטערזוכונג. אויב ער װעט 
געפינען אַז פרענק איז דער מערדער, זאָל ער דאָס באַריכטען 
פֿאַר דער עפענטליבקייט. 

זיי האָבען געגלויבט, אַז אַזױױי וי בוירנס אין ניט פון 
דזשאָרדזשיאַ, װעט ער ניט מורא האָבען פאַר דעם דאָרטיגען 
מאב און ער וועט טאָן זיין אַרבײיט אויפריכטיג, אונערשראָקען 
און נרינדליך. 

מיט איינינע יאָהר פריהער איז בוירנס נעווען דער הויפּט 
פון דער דעטעקטיוו אָפּטײילונג פון דער ניו יאָרקער פּאָליציי,. ער 
האָט זיך געמאַכט אַ נאָמען איבער'ן נאַנצען לאַנד, און שפּעטער, 
ווען ער האָט אויפנענעבען זיין אָפיציעלֶען אמט, האָט ער גע- 
גרינדעט אַ פּריװואַטע דעטעקטיוו ביוראָ. 

ער איז געקומען קיין אַטלאַנטאַ מיט אַ פֹּאֶר פון זיינע 
בעסטע דעטעקטיווס, און ער האָט זיך גענומען פאַר דער ארבייט. 
איינע פון די ערשטע זאַכען װאָס ער האָט געטאָן איז געווען, צו 
אַדװערטייזען אַ פּריז (פּריז, מתנה) פון פינף טויזענד דאָלער 
צו דעם, װאָס װעט ברעננען איבערציינענדע באוייזע אַז פרענק 
האָט נעפיהרט אן אונאנשטענדיג לעבען. 

די אַטלאַנטער פּאַליצײי האָט נעבראַכט אָהן אַ שיעור עדות 
וועגען פרענק'ס אונמאָראַלישקײט. דאָך אויף די פינף טויזענד 
דאָלער װאָס בוירנס האָט פאָרגעשלאָגען האָט זיך קיינער ניט 
אָפּנערופען. מען האָט געוואוסט, אַז בוירנס פאָדערט טאַקע 
אמת'ע באַוייזע -- פאַקטען און ניט לינענס, און אַז נאַרען 
דיזען נעניטען דעטעקטיוו װועט מען ניט קענען. און קיין פאַקטען 
ווענען פרענק'ס הולטאַיסטװאָ איז אויף דער וועלט ניט נעווען. 

אין זיין אונטערזוכונג האָט בוירנס אויף טריט און שריט 
זיך אָנגעשטויסען אָן שטרויכלונגען װאָס די אַטלאַנטער פּאלִיצֵיי 
האָט איהם אונטערנעשטעלט. און די פּאַליציי אין ניט נעווען 
די איינצינע װאָס האָט איהם נעשטערט. טויזענדער פּריואַטע 
מענשען, פון דעם מאַב, האָבען דאָס אויך געטאָן. מען האָט איהם 
בעטראכט פאַר אַ שונא פון דעם נאַנצען שטאַאָט דזשאָרדזשיא, 
און ווען ער האָט די קייס דאָך אױיסנעפאָרשט און ער האָט 


די פרענק דראַמא 811 


אַנאָנסירט אַז ער אין אַבסאָלוט איבערציינט דאָס קאנלי אין 
דער מערדער און פרענק איז אומשולדינ, האָט דאָס אַרויסנע- 
רופען אַ שטורם פון צאָרן און האָס גענען איהם. אַ פרעמדער 
דעטעקטיוו און נאָך פון דער נאָרטה האָט די חוצפּה צו קומען 
באַווייזען אַז די פּאַליציי פון אַטלאַנטאַ, די דזשורי װאָס האָט 
פרענק'ען געפונען שולריג און די אַלע דזשאָדזשעס װאָס האָבען 
געהאָט צו טאָן מיט דער קייס האָבען ניט ריכטינ געהאַנדעלט! 
קען דען זיין אַ נרעסערע באַליידינוננ ! 

מען האָט איהם ניט נאָר נעשטערט אין זיינע אונטער" 
זוכונגען, נאָר מען האָט איהם סתם זיין לעבען פאַרביטערט, 
ווען ער איז געקומען קיין מאריעטטא, די שטעדטעלע וואו מערי 
פיינען איז געבאָרען געװאָרען, איז ער פון דאָרטען קוים מיט'ן 
לעבען אַנטלאָפען, נאָך איינינע מינוטען און מען װאָלְט איהם 
געלינטשט, 

דער נאַנצער פּלאַן איינצולאדען בוירנס'ען איז געווען ניט 
קיין באַרעכענטער. עס איז געווען לייכט פאָראויסצוזעהן, אַז 
דאָס װועט נאָר צוניסען בוימעל אויפ'ן פייער. 

אנב, האָט בוירנס, פון זיין זייט, די נאַנצע אונטערנעמונג 
צו שטאַרק אויסנענוצט זיך צו אַדװערטײזען (רעקלאַמירען). 
דיזע סענסאַציאַנעלע אַדװערטייזמענטס זיינע, זיינע באַריהמערייען 
איבער נאַנץ אַמעריקא, אן ער קען לייכט באַװייזען אַז פרענק 
איז אומשולדינ, האָבען קיין נוטען איינדרוק ניט נעקענט מאַכען. 
פרענק'ען האָט דאָס געטאָן מעהר שאָדען וי נוץ. 


87 


עטליכע פון די װואָס האָכען זיך מודה געווען אין פאַלש 
עדות-זאָגען. --- עטליכע פון די נייע פרענק עדות. 
איך װע? דאָ דערמאָנען עטליכע פון די װאָס האָבען 
נאָכ'ן טרייעל נעמאַכט אַפידייװױטס אַז ביים טרייעל האָבען זיי 
געזאָנט לינען; און אויך עטליכע װאָס האָבען זיך נאָכ'ן. 
טרייעל געמעלדעט אַלס נייע עדות פאַר פרענק'ען. 
איך על אָנהויבען פון ברוטוס דאַלטאָן'ען, דעם יונגען 
מאַן, װאָס האָט ביים טרייעל דערצעהלט אַז פרענק פלעגט צו- 


219 בלעטער פון מיין לעבען 


זאַמען מיט איהט אין זיין (פרענק'ס) אֶפּים האָבען שמוציגע 
הוליאַנקעס,. װווֹי מיר האָבען אויבען נעזעהן, איזן ער געוען 
דאָרסי'ס וויכטינסטער עדות אויף צו באַשטעטיגען דאָס, װאָס 
קאנלי האָט דערצעהלט וועגען פרענק'ס אונמאָראַלישען לעבען. 
עטליבע מאָנאַט נאָכ'ן טרייעל האָט דאַלטאָן פרענק'ס 
לאִיערס גענעבען אַן אפידיװויט, אז אַלץ װאָס ער האָט געזאָנט 
ביים טרייעל איז געווען ניט נעשטוינען און ניט נעפלויגען, און 
אַז צו דערצעהלען די נאנצע נעשיכטע האָבען איהם צוגערעדט 
פּאַליציי דעטעקטיווס. 
נאָך אַ פֹּאָר מאָנאָט זיינען פאָריבער און די פּאֲליצַיו- 
דעטעקטיווס האָבען דאָלטאָן'ען אַרײנגעקראָגען אין זייערע הענט, 
זיי האָבען פון איהם באַקומען אַן אַפידייוויט, אַז דאָס, װאָס ער 
האָט געזאָגט אין יענעם אַפידייוויט, אין אַ לינען, און אַז דאָס, 
װאָס ער האָט דערצעהלט אויפ'ן טרייע?, איז אמת. אִי פאַרװאָס 
האָט ער פרענק'ס לאָיערס געגעבען אַזאַ ליגנערישען אַפּידייוויט ? 
וויי? זיי האָבען איהם צוגעזאַנט דערפאַר צו באַצאָהלען הונדערט 
דאָלער. אַזױ האָט ער געשװאָרען אין זיין נייעם אַפידייוויט. 
היינט װוי באַלד אַז ער איז אַזא מענש, אַז ער איז בערייט 
צו מאַכען אַ פֿאַלשען געשװאָרענעם סטייטמענט פאַר הונדערט 
דאָלער, טאָ װאָס פאַר אַ סמשות האָט געקענט האָבען זיין 
עדות זאָנען אין קאָורט? (װאָס אָנבעטרעפט זיין סטייטמענט 
אַז חי לאִיערס האָבען איהם אונטערגעקויפט, ער זאָל זאָגען. 
ליגען, האָבען זיי געמאַכט אַן איבערציינענדען סטייטמענט, אז 
ער האָט זיך אַליין אויסגערופען צו דערצעהלען דעם אמת פאַר 
זיי און אַז זיי האָבען איהם קיין נעלט ניט צוגעזאָגט דערפאַר). 
עס איז דייטליך געווען פאר יעדען אז אין איהם איז ווירקליך 
קיין װואָהר װאָרט ניטאָ, װי די אויבען:דערמאָנטע מענשען פון זיין 
שטעדטעל האָבען נעזאַנט. נלויבען װאָס ער האָט דערצעהלט 
ביים טרייע? און װאָס ער האָט איצם וידערהאָלט אין זיין 
שפּאָנע? נייעם אפידייוויט װאָלט געווען לעכערליך. און דיזער 
סיטיזען איז דאָס געווען הארסי'ס וויכטינסטער עדות צו באַ- 
שטעטינען קאנלי'ס שונדדמעשה ! און קאנלי האָט איה ם באַ- 
שטעטינט! אַ קינד האָט געקענט זעהן אַז ביירע בלאָפען", 


די פרענק דראַמא 218 


| אַ טשיקאַווען אַפידײיװױט האָט פאַר דער פאַרטיידינונג גע- 
מאַכט אַ נעגער-פרוי מיט'ן נאָמען ענני קאַרטער. זי האָט 
נעמליך געשװאָרען אז קאָנלי האָט זיך פאַר איהר מודה געווען 
אַז ער און ניט פרענק האָט ערמאָרדעט די מיידעלע מערי פיינען, 
און זי האָט די לאִיערס איבערגעגעבען עטליכע בריוועלעך װאָס 
זי האָט פון איהם ערהאַלטען. זי האָט ערקלערט אַז זיין מודה 
זיין זיך און דער בריף-וועקסע? צווישען זיי איז פאָרגעקומען 
בשעת קאֲָנלי איז געזעסען אין פּריזאָן אין פאַרבינדונג מיט דער 
פרענק קייס. | 

זי איז דאָרטען דאַן אויך געזעסען -- פאַר גנבה. זי האָט 
אָבער געאַרבייט אין דער לאָנדרי (װאַשעריי) פון דעם פּראָן 
און זי איזן אין דער געביידע אַרומגענאַנגען פריי; פלעגט זי 
אָפט צוקומען צו קאָנלי'ס קאַמערעל און זיי פלעגען שמועסען 
דורך די נראַטעס, זי איז איהם געפעלען געװאָרען און ער האָט 
זיך ביי איהר געבעטען זי זאָל איהם צוזאָגען צו הייראַטען. 

נאָכדעם וי זי האָט נעמאַכט דעם אפידייוױיט, האָבען די 
לאיערס איהר אַװעסגעשיקט קיין ניו אָרליענס, כדי די פּאָליצי 
פון אַטלאַנטאַ זאָל איהר ניט מאַטערען און צווינגען אַלץ אִפּ- 
צולייקענען. די פּאַליציי פון אַטלאַנטאַ האָט אָבער ענדליך זיך 
דערוואוסט וואו זי איז, איחר געבראַכט צוריק אין אַטלאַנטאַ און 
אַרױסגעקראָגען פון איהר אַן אפידייוויט, וואו זי האָט טאַקע אַלץ 
געלייקענט און נאָך צונעלעגט אַזאַ איינצעלהיי: אַז איינער פון 
פרענק'ס לאִיערס האָט איהר אין פּריזאָן גענעבען א פלעשעלע 
גיפט און איהר געהייסען דאָס אייננעבען קאָנלין, 

די בריוועלעך זיינען נעװען פול מיט אַזעלכע שמוצינ" 
הולטייאישע ווערטער, אַז שפּעטער, ווען מען האָט זיי פאָרגע- 
לעזען אין קאָורט, האָט מען נעמוזט אונטערברעכען דאָס לעזען. 

אַז ענני'ן איז ניט שווער צו זאָנען אַ לינען, האָט מען ניט 
געקענט צווייפלען. אָבער איינינע זאַכען װאָס האָבען זיך גע- 
פונען אין איהר ערשטען אַפּידייוויט האָבען פאָרט געקלוננען 
אמת ; פּונקט וי אייניגע טיילען פון איהר צווייטען אַפּידייוויטֿ -- 
די מעשה מיט די פלעשעלע ניפט, צום ביישפּיל --- האָבען זיך 
געלעזען וי א פארצייטינער שונדיראָמאַן. די בריף װאָס זי 


514 בלעטער פון מיון לעבען 


האָט געוויזען זיינען געוויס געווען פון קאנלי'ן. אין דעם האָט 
מען אויך ניט געקענט צווייפלען. און, װי מיר וועלען זעהן אין 
אַ ווייטערען פּלאַץ, האָבען זיי ענטהאלטען אויסגעצייכענטע בע- 
ווייזע אז פרענק האָט די מאָרד-צעטעלעך ניט דיקטירט. 

איהר אַפידייוויט צו גונסטען פון פרענק'ען האָט ענני גע- 
מאַכט אין דער גענענװאַרט פון דריי לאָיערס, צוויי קריסטען און 
איין איד, אַלע העכסט עהרענהאַפטע מענשען, און זיי האָבען 
דערנאָך געשװאָרען אַז זי האָט דאָס געטאָן פרייוויליג, און אַז 
אין דעם אַפידייוויט װאָס זי האָט זיי גענעבען אין געשטאַנען 
אַבסאָלוט דאָס, װאָס זי האָט זיי דערצעהלט און ווענען װאָס זי 
האָט פאר זיי געשװאָרען אז עס איז דער , אמת, דער גאַנצער 
אמת און בלויז דער אמת". 

אַ ווייסע מיידעל מיט'ן נאָמען מיימי קוטשענס האָט נאָכ'ן 
טרייעל געשװאָרען, אַז ביים טרייעל האָט מען איחר ניט געלאָזט 
רעדען װי זי האָט געװאָלט. מען האָט איהר געשטערט אין 
איהרע אַנטװאָרטען, און אַז גענען איהר ווילען האָט זי געזאַנט 
אַז פרענק איז אַריינגעקומען אין דעם דרעסינג רום (דער צימער, 
וואו די אַרבייטער מיידלעך פון דער פעקטאָרי פלענען זיך 
איבערטאָן) בשעת די מיידלעך זיינען דאָרט געווען האלב נאַקעט, 
אין אמת'ן האָט זי געװאָלט זאָגען, אַז קיין האַלבע נאַקעטע 
מיידלעך זיינען אין דעם רום ניט געװען און אַז פרענק 
האָט זיך מיט די סיידלעך אימער אויפנעפיהרט אויף אַן 
אַנשטענדינען אוטן. מען האָט איהר אָבער אַזוי פאַרדרעהט מיט 
די פראַנען, אַז זי איז צוטומעלט געװאָרען און אליין ניט באַי 
מערקענדיג האָט זי געזאָגט פּונקט פאַרקערט. 

אַן אַנדער אַרבײיטער מיידע? פון דער פּענסי?ל פעקטאָרי, 
איינע מיט'ן נאָמען רוטה ראָבינסאָן, האָט ביים טרייעל עדות 
געזאָגט, אַז פרענק איז אַ פאַרדאָרבענער מענש און אַז ער פלעגט 
זיך מיאוס אויפפיהרען מיט פרויען,. שפּעטער האָט זי פאַר דער 
פאַרטיידינונג געמאַכט אַן אפידייוויט אַז דער פאָליסיטאָר-דזשע- 
נעראַל האָט פון איהר נעפאָדערט זי זאָל אַזוי זאָנען און אַזן 
ווען זי האָט זיך ענטזאנט, וויי?ל עס איז ניט אמת, האָט ער אויף 
איהר נענומען שרייען. ער האָט איהר זאָנאַר באַליידיגט און נע" 


די פרענק דראַמא 15 


געבען אָנצוהערעניש, אַז זי ווי? נים זאָגען דעם אמת וענען 
פרענק'ען, וויי? זי האָט אויך נגעהאט פאַרהעלטניסען מיט איהם, 
זי איז געווען אַזױ איבערראשט פון זיינע רייד און אַזוי צו- 
שראָקען, אַז זי איז מרוצה געװאָרען צו זאָגען װאָס ער האָט איהר 
נעהייסען. דאָס אַלץ איזן נעשטאַנען אין דעם אַפידייוויט װאָס 
זי האָט אַרױסגענעבען פרענק'ס לאִיערס. 

דערנאָך האָט מיסס ראָבינסאָן נעגעבען דאָרסי'ן אַן אפידיי- 
וויט אַז זי האָט יענעם אַפידייוויט קיין מאָל ניט נעמאַכט, אַז 
זי ווייס ניט פון װאָס צו זאָגען. אָבער אַ נאָטאַרי פּאָבליק (נאָ- 
טאָריוס) האָט אַרוױסנענעבען אַ געשװאָרענע ערקלערונג, אַז זי 
האָט יענעם אַפידייוויט געמאַכט אין זיין גענענװאַרט; אַז זי 
האָט איהם דיקטירט די ווערטער און דערנאָך נעשװאָרען אַז אַלץ 
איז אמת, און דערביי אין געווען אַ פּריװואַט דעטעקטיוו מיט'ן 
נאָמען בוירק, 

איינע מיט'ן נאָמען מערי קאָרסט האָט געשװאָרען, אַז מען 
האָט איהר געלערענט װאָס זי זאָל זאָנען ווענען פרענק'ען. אוים'ן 
טרייע? האָט זי נעענטפערט ,יעס?" אויף פראַנען, וועלכע זי האָט 
ניט פֿאַרשטאַנען. מען האָט איהר געלערענט, אַז אַלס א נוטע 
סאַָדערנער מיידע?ל דארף זי באשטעטינען, דאָס פרענק האָט נע- 
האַט אַ פֿאַרדאָרבענעם כאראקטער, און דעריבער האָט זי אויף אַלִץ 
געזאָגט , יעס". 

אַן אַנדער אַרבײטאָרין פון דער פּענסיל פעקטאָרי, אַ מיסס 
יועל, האָט אויפ'ן טרייעל? עדות געזאָנט, אַז פרענק פלענט צו- 
שטעהן צו מערי פיינען. דערנאָך האָט זי געשװאָרען, אַז מען האָט 
איהר דאַן אייננערעדט זי זאָל עדות זאָגען גענען דעם סופּעראינ- 
טענדענט פון דער פּענסי? פּעקטאָרי. מען פלענט איהר זאָנאַך 
לערנען װאָס צו זאָנען, און מען פלענט איהר פאַרהערען צוּ 
זעהן, אויב זי ענטפערט וי מען הייסט איהר, אין איהר ‏ אפי- 
דייוויט" הַאָט זי ערקלערט, אַז איינע פון די פּערזאָנען, װאָס 
האָבען איהר געלערענט װאָס צו דערצעהלען, אין געווען מענני 
גריפפין, וועלכע איז אויך געווען אַן עדות גענען פרענק'ען. 

3 4 ִ* 


אַן עלטערע וייסע פרוי, מיט'ן נאָמען סיממאַנס, וועלכץ 


16 בלעטער פון מיין לעבען 


האָט געוואוינט אין בוירמינגהעם, אַלאַבאַמאַ, אין אין דעם טאָג 
פֿון דעם מאָרד געווען אין אַטלאַנטאַ ביי איהר טאָכטער צו נאַסט. 
יענעם שבת בײיטאָנ אין איהר אויסנעקומען פארבייצונעהן די 
פּענסיל פּעקטאָרי און זי האָט געהערט א פאַרצווייפעלטען נעשריי 
פון דעם בייסמענט, זי האָט זיך אָפּנעשטעלט, אין א וויילע ארום 
האָט זי פון דעם בייסמענט דערהערט נאָך א נעשריי, אַ האַלב 
פאַרשטיקטען, אַזױ װוי אימיצער װאָלט מיט'ן האַנט צונעמאַכט 
די מויל פון זיין קרבן. דער נעשריי האָט זיך אויך דערהערט 
אַ דריטען מאָל,. מיסעס סיממאָנס האָט געװאָלט זיך איינקוקען 
אין קעלער. דאָס איז אָבער אונמענליך געווען, וויי? דער קעלער 
איז געווען אַרומנעצאַמט מיט דראָט, 

ווען זי איז נגעקומען אַהיים, דאָס הייסט צו איהר טאָכטער, 
און זי האָט דאָס דערצעהלט, האָט איהר איידעם געזאָנט, אז עס 
האָט זיך איהר מסתמא געדוכט,. אויף מאָרנען האָט דער איי- 
דעם איהר איבערגענעבען װעגען דעם מאָרד פון מערי פיינען. 
,איהרע קולות האָט איהר דאָס מסתמא נעהערט", האָט ער 
געזאָנט, 

דאַן האָט מיסעס סיממאַנס נעמאָלדען דער פּאָליציי וועגען 
די געשרייטז, װאָס זי האָט דאָרטען געהערט. איהר געשיכטע 
האָט אָבער ניט געשטימט מיט דער באַשולדיגונג נענען פרענק'ען. 
װאָרים זי האָט די געשרייען געהערט צויי אַזיינער, ווען פרענק 
אין שוין ניט געווען אין דער פעקטאָרי, נאָר ביי זיך אין דער 
חיים, צו מיטאָג סיט קאָנל"ן אַלס דער מערדער האָט דאָס 
אָבער יאַ געקענט שטימען. 

מערי פיינען איז אַטאַקירט געװאָרען אונגעפעהר א פערטעל 
נאָך צוועלף. עס אין אָבער מענליך, דאָס דער מערדער האָט 
געמיינם, אז זי אין שוין טויט, בשעת זי האָט נאָך געלעבט, 
און אַז אַן אמת'ן ענד צו איהר האָט ער געמאכט ערשט שפּע- 
טער. בשעת ער האָט איהר אַטאַקירט, האָט ער איהר פאַר. 
שטיקט דעם אָטעם מיט איהר קליידע? און דאן האָט ער איהר 
מסתמא געװאָרנען מיט די הענט אַרום איהר האַלז, און אפשר 
מיט דער שטריק װאָס מען האָט אויף איהר נעפונען. גלויבענדינ 
אַז זי איז שוין טויט, האָט ער איהר אַראָפּנגעװאָרפען דורך דער 


די פרענק דראַמא 17 


לאָך אין בייסמענט אַריין, דערנאָך האָט ער איהר געשלעפּט 
דורכ'ן בייסמענט, ווען דאָס איז געווען, וי לאַננ זי איז געלע- 
נען אונטער דער לֹאָך, ווייס מען ניט. מענליך, אַן ערשט שפּע- 
טער האָט ער זיך מיישב געווען אַז עס וועט זיין בעסער וען 
ער װועט דעם קערפּער אַװעקשלעפּען וייט אין קעלער אַרין. 

מיר ווייסען שוין אז דער מערדער האָט איהר גע- 
שלעפּט איבער דער גאַנצער לענג פון דעם פאננען 
קעלער, בשעת זי האָט נאָך נעאָטעמט. די, װאָס האָבען אונ- 
טערזוכּט דעם טויטען קערפּער האָבען נענלויבט, אַן בשעת מען 
האָט איהר געשלעפּט, האָט זי געשריען און אַז דער מערדער 
האָט מסתמא פאַרשטיקט איהרע קולות מיט דעם װאָס ער האָט 
איהר פּנים אַדונטערגעדריקט אין די קוילען שטויב. דאַן ערשט 
האָט ער איהר מסתמא ווירקליך דערקאָנטשעט. צי דאַן האָט ער 
איהר דאָס געמאַכט די טיפע לאַננע וואונד אין קאָפּ, צי פריהער ; 
צי דאָ ביים ענד פון בייסמענט ניט וייט פון דער הינטער טיר 
האָט ער איהר ענדליך טויט געמאַכט מיט דער שטריק, אָדער מיט 
דער שטריק האָט ער איהר געװאָרגען נאָך פריהער -- דאָס 
װועט מען קיין מאָל ניט וויסען. 

פאַרװאָס-יזשע האָט ער נלייך ניט נעמאַכט קיין פאַלשטענ- 
דינען סוף צו דער אונגליקליכער מיידעלע? פֿארװאָס האָט 
ער איהר געשלעפּט אַזױי ווייט בשעת זי האָט נאָך געאָטעמט און 
נעקענט שרייען? אויף דעם קען נאָר זיין איין ענטפער: 
ער האָט געמיינט, אַז זי איז שוין טויט. איהרע געשרייען זיי- 
נען פאַר איהם געווען אן אונהיימליכע איבערראשונג. 

אָט דיזע נעשרייען, אויף וועלכע דער מערדער האָט זיך 
ניט געריכט, האָט מסתמא געהערט מיסעס סיממאָנס. און דאָס האָט 
געקענט פאָרקומען אַ פֹּאֶר שטונדען נאָכדעם װוי מערי אין אַטאַ 
קירט געווארען. 

נאָך דעם וי דער מערדער האָט איהר געװאָרנען און 
אַרונטערגעװאָרפען אין קעלער, מיינענדינ אַז זי איז שוין טויט, 
איז ער מסתמא געבליבען אין דער פעקטאָרי א נגעוויסע צייט, 
אפשר האָט ער געפּרופט אָפּװאַשען די בלוט פון איהר און פון 
זִיך, און פון דעם פּלאַץ וואו זי איזן צובלוטינט געווארען. 


18 בלעטער פון מיון לעבען 


די נגעשרייען האָט מיפעס פיממאַנס נעהערט אין דעם בייס- 
מענט, און דאָס שטימט מיט דעם באַריכט, אן דער מערדער 
האָט די מיידעלע'ס קו? זיך געמיהט צו פארשטיקען אין די קוילען- 
שטויב. דאָס שטימט אבסאָלוט ניט מיט קאָנלי'ס מעשה, אז 
מערי איז ערמאָרדעט געווארען אויבען אוים'ן צווייטען פלאָר. 

דער סאָליסיטאָר-דזשענערא? האָט געפּרופט מיסעס סימ- 
מאָנס איבערצייגען, אַזן זי האָט די קולות געהערט איינינע 
מינוטען נאָך צוועלף, כדי עס זאָל שטימען מיט זיין באַשול- 
דיגונג גענען פרענק'ען, זי אין אָבער געבליבען ביי דאָס אית- 
רינע. ער האָט געזאָגט, אן ער וועט איהר רופען אלס עדות 
צום טרייעל ער האָט איהר אָבער ניט גערופען. דאַן נאָכ'ן 
טרייע?ל, האָט זי זיך געווענדעט צו פרענק'ס לאִיערס, 

אַן אינטערעסאנטע געשיכטע אין געװען מיט א מיסעס 
מערי ריטש, אַ נעגערין, וועלכע האָט נעהאַלטען א רעסטאָראנ- 
טשיק אויף דער קליינער געסעל װאָס האָט זיך געפונען אויף 
דער הינטערשטער זייט פון פּענסי? פעקטאָרי. זי האָט נאָכ'ן 
טרייעל נעמאַכט אַן אפידייוויט אז דזשים קאָנלי אין אַ פערטעפ 
נאָך צוויי אזיינער בייטאָנ, אין דעם שבת פון מאָרד, צו איהר 
אַריינגעקומען פוֹן דער פּענסיל פּעקטאָרי, נעקויפט ביי איהר עפּעס 
צו עסען און מיט דעם זיך אומנעקערט אין דער פעקטאָרי. זי 
האָט געזאָגט, אז קאָנלי איזן צו איהר נעקומען דורך דער הינטער 
טיר פון דעם פעקטאָרי בייסמענט און אַז אומנעקערט האָט ער 
זיך מיט איהרע שפּייז אויך דורך דער הינטער טיר. 

דאָס האָט געשטימט מיט מיסעס סיממאָנס'עס.סטייטמענט ; 
און דאָס האָט אויך נגעשטימט מיט דעם פאַקט דאָס דעם פאַר- 
רוקער פוֹן דער הינטער טיר האָבען די דעטעקטיווס געפונען 
אָפּנעבראָכען, און אַז אויף דער הינטער טיר האָבען זיי געפונען 
בלוטיגע פיננער-צייכענס,. לויט מיסעס ריטש'עס באהויפּטונג 
האָט מען זיך געקענט פאָרשטעלען, אז דער מערדער האָט דאן 
אָך געהאַָט האַרבייט", צו באַזייטינען דעם סליאד פון זיין 
מאָרד, 

דאָרסי האָט אָבער דערנאָך ביי מיסעס ריטש ארויסנע" 
קראָנען אן אָפּלייקענונג פון איחר אַפידייוויט. זי האָט פאַר 


די פרענק דראַמא 19 


איהם אונטערנעשריבען א צוייטען אַפידייוויט, וואן זי האָט 
געשווארען, אז זי האָט דער פאַרטיידיגונג נאָר קיין מאָל קיין 
אַפידייוויט ניט גענעבען, און אַז זי וייס נאָר דאָס װאָס זי 
האָט ווענען דער קייס געלייענט אין א צייטונג., 

אז זי האָט פרענק'ס לאֵיערס אַזאַ אַפידייװױט יאָ גענעבען 
אין איבריג צו זאָנען,. וואו אָבער זי האָט געזאָנט ליגען, צי 
אין דעם ערשטען אַפידייוויט, צי אין דעם צווייטען, דאָס איז ניט 
לייכט צו באַשטימען, ‏ אפשר האָט זי די גאַנצע געשיכטע אויס" 
געקלערט, אום צו שפּילען אַ ראָלע אין דער סענסאַציאַנעלער 
קייס עס איז אָבער פּונקט אַזױי מענליך, אַז װאָס זי האָט דער- 
צעחלט אין איהר ערשטען אַפידייוויט איז געווען אמת. 

דאָרסי האָט אויך געזוכט צו פּסל'ען מיסעס סיממאָנס, 
דערצו האָט ער געקראַנען אַ פרוי, וואס האָט געזאָנט אַז זי אין 
א ליננערקע. האָט אָבער די פאַרטיידינונג געפונען אַלס אן 
עדות אַ מיפעס עליזאבעטה קאָהען, וועלכע האָט מיסעס סימ- 
מאָנס'עס געשיבכטע באשטעטינט. זי האָט איהר באַגענענט . 
מיט אַ קורצער צייט נאָך דעם װי יענע האָט געהערט די קולות, 
און מיסעס סיממאָנס האָט איהר ווענען דעם דערצעהלט. אויך 
איז מיסעס קאָהען נגעווען דערביי אין דער הויז פון מיסעס סימ- 
מאָנס'עס איידעם, בשעת ער איןז נעקומען מיט דער נייעס אַז 
אין דער פּענסיל פעקטאָרי האָט מען ערמאָרדעט א מיידעלע. ער 
האָט צו איהר געזאָגט: ,איהר האָט נעהאָט רעכט, מוטער (שווי- 
נער). מען האָט טאַקע דאָרטען ערמאַרדעט אַ מיידעלע". 

אַז מיסעס סיממאָנס איז ניט קיין ליננערקע, אויף דעם 
זיינען נעווען אַנדערע עדות אויך. האָט אָבער דאָרסי געפונען 
אַ פאָטער מיט אַ זוֹהן, וואס האָבען געזאָנט, אן יענעם שבת, 
ווען זיי זיינען פאַרביינענאַננען די פּענסיל פעקטאָרי, האָבען זיי 
געהערט קולות אויפ'ן צוייטען פלאָר, אן דאָס אין געװען 
עטליכע מינוטען נאָך צוועלף. 

סעמיועל פּאַרדי און וו. נרין האָבען נעשװאָרען אז א קור- 
צע צייט נאָך איינס האָבען זיי פרענק'ען געזעהן אויפ'ן נאָס; אַז 
דאַן ווען, לויט קאָנלי'ס עדות-זאָגען, האָט פרענק מיט איהם זיך 
אומגעקערט פון בייסמענט, וואוחין זיי האָכען אַרונטער:עפיהרת 


590 בלעמער פון מיין לעבען 


דעם קערפּער פון מערי פיינען, און זיי זיינען אַריין אין פרענס'ס 
אָפיס, און פרענק האָט איהם, קאָנלי'ן, פאַרשלאָסען אין שראַנק 
און אַזױ ווייטער -- אַז דאן האָבען זיי נאָר פרענק'ען געזעהן 
אויפ'ן קאָרנער (ראָג) פון אַלאַבאַמאַ און װהייטהאָל סטריטס -- אַ 
פּלאַץ, װאָס נעפינט זיך ווייט פון דער פּענסיל פעקטאָרי. ער 
איז דאָרטען נעשטאַנען און נעלייענט א צייטוננ און זיי האָבען 
זיך מיט איהם באַגריסט, / 

אַז דאָס איז געווען אַ קורצע צייט נאָך איינס, אין זיי גע- 
ווען לייכט צו באַווייזען, װאָרים זיי האָבען יענעם פאַרמיטאנ 
אין נאנצען פאַרבראַכט אין אַ געוויסען אֶפִּיס (וועלכען זיי האָבען 
אָנגעגעבען אין זייער אַפידייוויט), און יענער אָפּיס האָט זיך צו- 
געמאַכט איינס אוחר, דאַן זיינען זיי פון דאָרטען אַװעקגעגאַנגען 
און דער קאָרנער פון אלאַבאַמאַ און װוהייטהאָל סטריטס געפינט 
זיך ניט ווייט פון דאָרטען, 

אויך אַ דריטער עדות, א מיסס מילער, האָט נעמאכט אֵן 
אַפידייוויט אַז זי האָט פרענק'ען דאַן נעזעהן אויף יענעם קאָרנער, 
זי האָט געקענט באווייזען, אז דאָס איז געווען צווישען איינס און 
צעחן מינוט נאָך איינס, ניט שפּעטער. 

דיזע דריי אַפידייוויטס האָבען נעשטימט מיט דעם, װאָס אַ 
מיידעל מיט'ן נאָמען העלען קוירן האָט עדות נעזאָנט אויף 
פרענק'ס טרייע?ל: זי האָט נעמליך דערצעהלט, אז שבת, דעם 
6טען מערץ, 1913, האָט זי פרענק'ען געזעהן אוים'ן קאָרנער 
אַלאַבאַמאַ און װוהײיטהאָל סטריטס און אַז דאָס אין געווען נאָך 
איינס אוהר (דאָס װאָס קומט פאָר פאַר איינס אוהר לאָזט זיך גע- 
דענקען, ווייל דאָס אין דער אֶנהוֹיב פון דער מיטאָג שטונדע; 
און שבת מאַכען זיך דאָס רוב נעשעפטען צו איינס אוהר). 

נו, האָט פּאַרדי פאַר דעם סאַליסיטאָר:דזשענעראל דער- 
נאָך נעמאַכט אַן אַפידייוויט, אַז ער אין אין יענער שטונדע אוית 
דעם דערמאַנטען קאָרנער נאָרניט געווען, אַז ער האָט זיך נאָך 
געפונען ווייט פון דאָרטען. 

פאַר זיינעם אַ באַקאַנטען האָט ער אָבער דערנאָך אויסנע- 
זאָנט, אַז ער האָט דיזען סטייטמענט נעמאַכט פַּשוט וויי?ל די דע" 
טעקטיווס סטאַרנס און קעמבעל זיינען איהם דערגאַנגען די יאֶה" 


דוי פרענק דראַמא 01 


רען ביז ער האָט באַװילינט צו שווערען פאַלש, אַבי פון זיי פּטור 
צו ווערען. | 

גרין איז אַװעקנעפאָהרען פון אטלאנטא און מיסס קוירן און 
מיפס מילער האָבען זייערע סטייטמענטס ניט צוריקגעצוינען. 

4 8 8 

דער לעזער איז שוין באקאנט מיט דער קעכין פון מיסעס 
פרענק'ס מוטער, די נעגערין מינאָלא מעקנאיט און מיט איהר 
מאַן, דער נענער אַלבערט מעקנאַיט. ער וייס שוין, דאָס אַל- 
בערט האָט עדות געזאָנט, אזן דעם שבת פון דעם פאָרד, אין 
דער מיטאָג-שעה, איז ער נגעווען ביי זיין פרוי אין קיך, און אַז 
זי האָט ערקלערט אַז דאָס אין אַ לינען. דערנאָך אָבער האָט 
די פּאַליציי מיט גרויזאַמע סטראַשונקעס איהר גנעצוואוננען צו- 
ריקצוציהען איהר סטייטמענט און באַשטעטינען אַלץ װאָס איהר 
מאַן האָט דערצעהלט און נֵאָךְ צונעגעבען, אַז זי האָט געהערט 
װוי מיסעס פרענק האָט איהר מוטער געזאָנט, דאָס איהר מאַן 
אין באגאננען א מאָרד. | 

נו, האָבען זיי ביידע, אי מינאָלא, אי אַלבערט, דערנאָך גע- 
מאַכט אַפידישװױיטס, אז װאָס זיי האָבען פריהער געזאָגט אין ניט 
געשטויגען און ניט געפלוינען. נלאט אין דאָס זיי אָבער ניט 
אָפּגעגאַנגען : אַ קורצע צייט נאַכדעם אין אימיצער אַלבערטן 
באַפאַלען און איהם אַזױי נעשלאָנען, אן מען האָט איהם געמ" 
נען ליגענדיג אין נאָס אין אונמאַכט און דערנאָך אין ער פילע 
װאָכען אָפּנעלענען אין האָספּיטאל, שוועבענדיג צווישען לעבען 
און טויט. א געוויסע צייט נאָך דעם האָט מען מינאָלא'ן צושני- 
טען מיט אַ מעסער, זי איןז אָבער געבליבען לעבען. 

שפּעטער האָט די פּאַליציי פאַרעפענטליכט אין די צייטוננען, 
אז אַלבערט מעק-נאיט אין צו איהר געקומען און אַליין געבעטען 
מען זאָל איהם אַרעסטירען; און אַז דאן האָט ער וידער גע- 
שװאָרען, אַז אלץ װאָס ער האָט פריהער דערצעהלט גענען 
פרענק'ען איז געווען אמת. 

ווענען איינעם פון די וויכטינסטע דעטעקטיווס, װאָס האָבען 
געארבייט אויף דער פרענק קייס, האָט א מיידעל מיט'ן נאָמען 
לולאָ, די טאָכטער פון אן ארבייטער מיט'ן נאָמען דזשענקינס, 


9 בלעטער פון מיין לעצען 


נאָכ'ן טרייע? דערצעהלט דאָס פאָלגענדע ; דיזער דעטעקטיוו אין 
צו איהר צונעשטאַנען אַן זי זאָל עדות זאָנען געגען פרענק'ען. 
ער האָט איהר געהייספען דערצעהלען, אז אין דעם טאָג פון דעם 
מאָרד איז זי מיט מערי פיינען געקומען אין פרענק'ס אֶָפִיס און 
אז פרענק האָט איהר נגעהייסען ארויסנעהן און ניט װאַרטען אויף 
מערי'ן, ווייל מערי דאַרף נאָך טאָן אַ געוויסע אַרבייט אין אָפיס. 
אוה דעם האָט לולאָ דעם דעטעקטו נעענטפערט, אַזן זי אין 
נאָר מיט מערי'ן אין פרענק'ס אִפיס ניט געווען. דער זעלבער 
דעטעקטיוו איז צו איהר געקומען א צוייטען מאָל, געסטראַ- 
שעט איהר מיט טורמע און דערנאָך איהר אָנגעבאָטען צעהן 
דאָלאך, אז זי זאָל זאָגען װאָס ער הייסט איהר. זי האָט זיך 
אָבער ענטזאגט. איהרע עלטערען האָבען געוואוסט דערפון און 
בשעת איך בין געווען אין אטלאַנטאַ ,האָבען זיי און זייער טאָכ- 
טער זיך געקליבען דאָס צו דערצעהלען אויף א צווייטען טרייעל. 

וועגען דעם זעלבען דעטעקטיוו האָט אַ בֹאִי אויך דערצעהלט, 
אז ער האָט איהם געלערענט פאַלש עדות זאָנען גענען פרענק'ען, 
די דעטעקטיווס זיינען דאַן געווען אין פארצווייפלונג דער עולם 
האָט זיי געשימפט, געלאַכט פון זיי און געפאָדערט אז זיי זאָלען 
געפינען דעם מערדער, 

אַ געוועזענע פאָרליידי פון דער פּענסיל פעקטאָרי, א פרוי 
מיט'ן נאָמען נעללי וואוד, האָט געמאַכט אַ נעשװאָרענעם סטייט- 
מענט, אַז דריי דעטעקטיווס האָבען נעפּרופט איחר צווינגען פאלש 
עדות צו זאָנען אַז פרענק האָט זיך מיאוס אויפנעפיהרט. 

אַ געוויסע פרוי האָט דערצעהלט, אַז אן אַגענט פון דער פאַ- 
ליציי האָט איהד פאָרנעשלאָנען א גרויסע סומע, אויב זי וועט עדות 
זאָנען אַז פרענק אין מיט איהר באַנאַנגען , שטוינענדע אונאנ" 
שטענדיגקייטען", װוי דער זשורנאַליסט קאָננאָלי דריקט זיך אויס. 


98 


פרעהליכע סמנים. -- א שמאַרקער לייט-אַרטיקעל אין אַן 
אַטלאַנטער צייטונג פאָדערם אַ נייעם טרייעל פאר פרענק'. 
--- אינטערעפאַנטע באַזוכער ביי פרענק'ען. 


אין פאַרלויף פון דער ואָך, װאָס איך האָב פֿאַרבראכט אין 


דו פרענק דראַמא 528 


אטלאנטא, זי 'נען דאָרטען פאָרגעקומען איינינע ערשיינוננען, 
וועלכע זיינען פאַר די פריינט פון נערעכטינקייט געווען א קואל 
פון טרייסט. 

דער , אַטלאַנטא דזשוירנע?", איינע פון די נרעסטע צייטונ- 
גען אין שטאָדט, אין דעם 11טען מערץ ארויסנעקומען מיט א 
צװיידקאָלומדיגען לייט-אַרטיקעל, אין וועלכען ער האָט געפאָדערט 
אַ נייעם פּראָצעס פאַר פרענק'ען,. אין דער צייט פון דעם טרייעל 
האָט ער גענאָסען פּעך און שװועבעל אויף איהם אַזױי וי אַלע. 
איצט אָבער האָט ער נענומען ריידען מיט נאָר אַנדערע ווערטער, 

, ליאָ פרענק האָט ניט נעהאַט קיין אומפּאַרטייאישען טרייעל, 
--- האָט דער אַרטיקע? געזאָנט -- ער איז פאַראורטיילט גע- 
װאָרען ניט אויף א יושר'דינען אופן; און הינריכטען אַ מענשען 
אָהן אַ נעזעצליכען און ערליכען טרייעל? אין א יוסטיץ-מאָרד. 
מיר באַהױפּטען אַז אונטער די אומשטענדען, ביי וועלכע דער 
טרייעל איז אָנגענאַננען,. האָט דער דזשאָדזש און די דזשורי ניט 
געהאַט קיין מענשליכע מעגליכקייט זיך איבערצוליינען און אומ- 
פּאַרטייאיש צו באַשטימען צי דער אָננעקלאָנטער אין שולדינ צי 
ניט. 

, די לופט איז אין קאורש-רום דאַן געווען פול מיט דער 
עלעקטריציטעט פון אויפרענונג ; זי האָט אַזױ וי נעבליצט, גע- 
פינקעלט און געבלענדעם די אוינען פון דער דזשורי, דער קאורט- 
דום און די אַרומינע נאַסען זיינען געווען אָנגעפִילְט סיט צאָרנ- 
דיגע, אויפנעבראַכטע קראודס, וועלכע זיינען געווען בערייט צו 
אַטאַקירען דעם אָננעקלאָנטען, אויב די דזשורי װועט איהם ער- 
קלערען אונשולדיג. דעם אָנקלענער (דאָרסי'ן) האָבען די קראודס 
אין דעם געריכטזאַל נופא נעמאַכט אַװאַציעס, וועלכע דער 
דזשאָדזש איז ניט געווען אימשטאַנד צו אונטערדריקען. און 
פון נאָס פלענען אין קאורט אריינדריננען די פאַרדאַמונגס:נע- 
שרייען פון דעמאַנסטראַציעס נענען פרענק'ען. דער דזשאָדוש 
און די דזשורי פלעגען פאַרטױבט ווערען פון דיזע געשרייען. 
דער דזשאָדזש האָט ניט געקענט קאָנטראָלירען די נעפיהלען פון 
דעם עולם אין דעם געריכטזאַל, און די פּאַליצײי האָט זיך ניט 
געקענט ספּראַװען מיט די קראודס אויפ'ן גאָס, 


4 בלעטער פון מיין לעבען 


,אזוי גרויס איז געווען די אויפרענוננ, אז אין דער לעצטער 
נאַכט פון טרייעל איזן דער פינפטער רענימענט פון אונזער נע- 
שאַנעל נאַרד אַ גאַנצע נאַכט געווען באַװאַפענט אין די קאַזאַר- 
מעס, ריכטענדיג זיך אז אָטיאָט װעט מען איהם רופען פרענק'ען 
אַרוױיסצורײיסען פון די אויפנערענטע מאַסען. 

,די פּרעסע פון שטאָדט האָט זאָנאַר געפונען דאַן פאר נויטינ 
צו בעטען דֶעם דזשאָדזש, ער זאָל אויסמאַרקירען, אַז די דזשורי 
זאָל אָפּלײינען איהר װערדיקט בין איבער שבת און זונטאָנ. 
װאָרים מען האָט זיך געריכט אויף אַ בלוטינען פּאָנראָם, אויב 
דער װערדיקט וועט זיין אַ גינסטינער פאַר פרענק'ען. אֶט אונ- 
טער וועלכע אומשטענדען מען האָט פרענק'ען גע'משפט און פאר- 
משפּט! האָט מען דען נעקענט ערװארטען אז דער טרייע? און 
דער ווערדיקט זאָלֶען זיין בעטראכטע און אומפּאַרטײאישע? 
קען דען אַן אָנגעקלאַנטער קרינען גערעכטינקייט, ווען אן אוים- 
גערענגטע מאַסע שטעהט לעבען קאורט, לעבען דער דזשורי און 
לעבען דעם ריכטער און סטראַשעט, ברומט און פאָדערט ראכע". 

דאָס זיינען בלויז אויסצונען פון דעם באַטרעפענדען עדי- 
טאָריעל, 

איך האָב זיין אינהאַלט טעלענראַפירט צום ,פאָרווערטם" 
און אויף מאָרנען, דעם 12טען מערץ, האָב איך דעפּעשירט דאָס 
פאָלגענדע : 

, דער שארפער לייט-אַרטיקעל?ל פון דעם 'אטלאַנטא דזשויר- 
געל!, ווענען וועלכען איך האָב נעכטען טעלענראפירט און וועל- 
כער פאָדערט אַ נייעם טרייע? פאַר ליא פרענק, האָט געפונען 
אַן אָפּקלאַנג אין דער פּרעסע פון דזשאָרדזשיא סטייט און אין 
דער געזעלשאַפט אין אלנעמיין. די פאָדערונג פון א צוייטען 
טרייעל האָבען אויפגענומען אויך אַנדערע צייטוננען. דער (אֶל- 
באַני העראָלד", וועלכער ערשיינט אין דעם דרום-טיי? פון 
דזשאָרדזשיא, און די , ראָום טריביון", וועלכע נעהט ארויס אין 
צפון פון סטייט, דרוקען היינט אַרטיקלען, וואו זיי וייזען אויף, 
אַז ביי דער אַלנעמײנער אויפרענונג, װאָס האָט געהערשט אין 
אַטלאַנטא, האָט פרענק ניט געקענט האָבען קיין אומפּאַרטײיאישען 
טרייעל, 


די פרענק דראַמא טס 


,רעוורענד ווילמער, דער גלח פון אַ הינער פּראָטעסטאַנ- 
טישער קירכע, אַ פּראָמינענטער מאַן און דענקער, האָט היינט 
פאַרעפענטליכט אַ סטייטמענט, אין וועלכען ער לויבט די איצ- 
טינע שטעלוננ פון דעם ;אַטלאַנטאַ דזשוירנעל" צו דער קייס 
און אונטערשטיצט זיין פאָדערונג פון אַ נייעם טרייעל. 

,איך האָב געהאַט אַ געשפּרעך מיט דעם מענעדזשינג עדי" 
טאָר פון אן אַנדער טעגליכער צייטונג פון אטלאנטא. זיין נאָמען 
האָט ער מיר ניט ערלויבט צו דערמאַנען, װאָרים ער האָט צו 
מיר גערעדט אַלס אַ פּריוואטער בירנער און ניט אָפּיציעל אין דעם 
נאָמען פון זיין צייטונג אלס אַ פּריוואטער מענש אָבער האָט 
ער אויסגעדריקט א פעסטע איבערציינונג, אַז פרענק אין אומ- 
שולדינ און אַז ער װעט האָבען אַ נייעם פּראָצעס, וואן דאָס 
וועט באוויזען ווערען.? 

א + * 

איין מאָל, ווען איך בין געשטאַנען און געשמועסט מיט 
פרענק'ען דורך די אייזערנע נראַטעס פון זיין ,סעל", האָט זיך 
באַװויזען איינער פוֹן די וועכטער און געזאָנט, אז פיר מענער פון 
אַ דערבייאיגען שטעדטעל פרענען, אויב ער האָט ניט דאַנעגען 
אַן זיי זאָלען אַריינקומען איהם זעהן. ער האָט געענטפערט 
אַז ניט, און די פיר באַזוכער --- אלע קריסטען --- זיינען אריינ- 
געקומען. : 
--- מר. פרענק, --- האָט זיך איינער פון זיי געווענדעם צו 
איהם --- מיר האָבען געװאָלט אייך זעהן, ווייל מיר האָבען אַזױ 
פי? געהערט און געלעזען ווענען אייער קייס און מיר זיינען אי 
בערצייגט געווארע דאָס איהר האָט ניט געקראנען קיין גערעכטען 
טריועל, 

זיי האָכען איהם באַקוקט מיט שעמעוודינע, זעהר פריינד- 
ליכע שמייכלען און דאַן האָבען זיי זיך פאַרניינט, אבשיד גענו- 
מען און אַרױסנעגאַנגען. | 

-- איז דאָס ניט כאַראַקטעריסטיש? -- האָט פרענק גע- 
זאָנט צו מיר אביסעל אן אויפגערענטער פון דער אנגענעמער ער- 
פאהרונג, װאָס ער האָט דאָ געהאַט. -- דער עולם ניכטערט זיך 
שוין אויס. די מאסען הויבען שוין אָן צו פארשטעהן, 


06 | בלעטער פון מוין לעבען 


מרס, פרענק איז גנעשטאַנען לעבען איהם אין זיין קאַמער, 
ביי דיזע ווערטער האָט זי אָנגעלעהנט איהר קאָפּ אויף זיין שופ 
טער. טרייסט און האָפנונג האָבען נעשטראַלט פון איהרע אוי" 
גען, עס אין קענטיג געווען, אוז זי שטרענגט זיך אָן צוריקצו' 
האַלטען איהרע טױערען. פרענק האָט איהר א קוש געטאָן אין 
שטערן און נענומען איהר צערטליך נלעטען. זיינע שװאַרצע אין- 
טעליגענטע אויגען האָבען אויך נעבלישטשעט מיט אַן אֶנצוֹהע- 
רעניש אויף אַ טרער. 

צוזאַמען מיט מיר איז לעבען זיין קאַמער דאַן נעזעסען נאָך 
א באַזוכער, אַ געוויקסיגער שטאַרק געבויטער מאַן, א קריסט, 
איינער פון די, וועלכע זיינען געווארען איבערצייגט אין פרענק'ס 
אונשולד זינט זיי האָבען זיך גענויער באקענט מיט די פאקטען, 
אַ ווילד פרעמדער איז דיזער מאַן געווען צו פרענק'ען. ער אי 
געקומען נאָר אויסדריקען זיין סימפּאַטיע, און ביי דער ריהרענדעף 
סצענע, וועלכע איז דאָ פאָרגעקומען צווישען דעם פֿאַראורטײפֿ 
טען מאַן און זיין איבערנעבענער פרוי, האָט דיזער ברייט פּלי- 
צוגער אַמעריקאַנער גענומען בייסען זיינע ליפּען, ער האָט זיך 
אויך שיער ניט צואויינט. 

אויף מאָרגען איז צו פרענק'ען אין פּריזאָן געקומען אַ נאַני 
צער שטראָם מיט באַזוכער,. 164 פּערזאָן האָבען איהם באַגריסט 
און באַקוקט. ‏ איך בין געשטאַנען דערביי. עס אין געװוען א 
מערקווירדיגע סצענע, 

אין דער רעדאקציע פון דעם ,אַטלאנטא דזשוירנעל? אין 
אָנגעקומען א שטראָם מיט בריף, וועלכע האָבען אויסגעדריקט 
צופרידענחייט מיט איהר שטעלונג צו דער פרענק קייס, 

נאָך גייסטליכע האָבען געהאלטען סוירמענס (דרשות) וועגען 
דער קייס. זיי האָבען אויך געפאָדערט אַ נייעם טרייע?ל פאר 
פרענק'ען. אין איין זונטאָג, דעם 15טען מערץ, 1914, ווען איך 
האָב זיך נעפונען אין אטלאנטא, האָבען פינף גלחים פון פינף 
פאַרשידענע קירכען אַזעלכע סוירמענס געהאַלטען. איינער פון 
זיי --- רעוורענד קעררי, פון דער מעטאָדיסט טשוירטש --- האָט 
צווישען אַנדערעס ערקלערט, אַז העננען פרענק'ען, אויף דעם עדות 
זאָגען פון אַזאַ פּערזאָן װוי קאָנלי, װאָלט געווען אַ סקאַנדאַל. 


די פּרענק דראַמא 97ט 


דער גייסטליכער פון דער ערשטער אוניווערסאליסט טשוירטש, 
רעוורענד פּ. א. ליינס, האָט אין פאַרלױיף פון זיין דרשה גע- 
זאָנט: ‏ דאָס װאָס פרענק אין אַ איד אין אַ נינסטיגער באװייץן 
פאַר איהם. אויב ער איז שולדיג, איז ניט ווייל ער איז אַ איד, 
נאָר טראָץ דעם". ער האָט געפאָדערט אַ נייעם טרייע?; און 
דעם נעקסטען זונטאָג האָט ער דער קייס אָפּנעגעבען זיין גאַנצען 
סוירמאָן. ער האָט דערמאָנט אַז גרויסע פּסיכאָלאָנען, װאָס האָבען 
די קייס שטודירט, זאָגען אז פרענק איז אונשולריג. 

99 
איך האָב א לאַנגען געשפּרעך מיט דאָרסין. 

איך האָב זיך געזעהן מיט צויי אינטעליגענטע קריסטען, 
װאָס זיינען געווען איבערצייגט, אזן פרענק אין שולדיג. מען 
האָט מיר אָנגעוויזען אויף זיי אַלס מענשען, װאָס זיינען גוט בא" 
קאנט מיט דער קייס און מיט וועמען ,, מען קען ריידען?. זיי זיי- 
נען ווירקליך געווען זעהר העפליך און פריינדליך אויף אן אוֹים- 
ריכטינען שטייגער, ביידע האָבען מיר פארזיכערט אז דער פרענק 
פּראָצעס האָט קיין שייכות ניט צו זייערע באַציהונגען צו אידען ; 
אַז אידען זיינען צווישען זייערע בעסטע פריינד. איך, פון מיין 
זייט, האָב זיי פאַרזיכערט, אז איך וויל נאָר דערגעהן דעם אמת. 
זיי האָבען מיר ערקלערט פאר װאָס זיי זיינען איבערצייגט, אן 
דאָס װאָס קאָנלי האָט דערצעהלט ביים טרייעל קען מען גלויבען. 
איך האָב זיי אויסגעהערט מיט אויפמערקזאמקייט. אָבער 
זייערע אַרנומענטען זיינען געווען פתם ווערטער. און אוֹיף מיינע 
נעגען-אַרגועמענטען האָבען זיי אזוי געענטפערט, אז איך האָב 
זייערע רייד ניט געקענט נעמען ערנסט. עס איז געווען לייכט 
צו זעהן, אז זיי געפינען זיך אונטער דעם איינפלוס פוֹן דער 
אַנטייפרענק אַניטאַציע, אליין האָבען זיי קיין איבערציינונג אין 
דער פראַנע ניט נעהאַט. זיי האָבען פּשוט געגלויבט, אַז פרענק 
איז שולדיג, ווייל זייערע באקאנטע האָבען אזוי געגלויבט, אָדער 

געזאָגט אַז זיי גלויבען. 
איינער פון דיזע צוויי האָט אין פאַרלויף פון אונזער גע" 
שפּרעך עטליכע מאָל װוידערהאָלט, אַז אידען בכלל זיינען וואוילע 


598 בלעטער פון מיין לעבען 


מענשען; אן עס זיינען פאַראַן שלעכטע אויסנאַמען אין יעדען 
פאָלק אוֹן אַז פרענק איז אַ שלעכטע אויסנאַם, א פּאָר מאָל 
האָט ער דאָס געזאָגט, ווען ער האָט ניט געקענט ענטפערען אויף 
מיינע א ,קשיה". דיזער קריסט האָט אויף מיר נעמאַכט אַ 
זעהר גוטען איינדרוק אַלס מענש. ער איז פַּשוט געווען פאַר- 
גליווערט אין זיין מיינונג, צו שטאַרק אונטער דעם איינפלום פון 
זיינע באקאנטע און צו שוואך אין כאַראַקטער און אַלס דענקער, 


איך האָב זיך אויך נעזעהן מיט צויי אינטעלינענטע קריס- 
טען, וועלכע האָבען מיר אָפען געזאָנט, אז די געשיכטע לייגט זיך 
זֵיי ניט אויפ'ן שכל,. איינער פון זיי האָט קאָנלי'ן כאַראַקטערי- 
זירט מיט שאַרפע ווערטער : 

---איך גלויב ניט קיין איין װאָרט װאָס דער נינער דער- 
צעהלט -- האָט ער געזאָגט, | 

קיין פך ריידען ווענען דער קייס האָט ער אָבער ניט נע- 
װאָלט, 

עס איז כאַראַקטעריסטיש, אז קיינער פון דיזע פיר קריסטען 
האָט מיר ניט ערלויבט צו פארצייכענען זיין נאָמען, 

--- דאָס זיכערסטע איז ניט אַריינגעצוינען צו וערען אין 
דער עפענטליכקייט, --- האָט זיך אויסגעדריקט איינער פון די 
צוויי, װאָס זיינען געווען געגען פרענק'ען, 

וועגען דעם אַנטי-פרענק צד האָב איך זיך א היבש ביסעל 
אָנגעהערט פון עטליכע אמעריקאנער אידען פון אטקאנטא. צוי- 
שען זייערע קריסטליכע בעקאנטע, קאָסטאָמער אָדער שכנים, זיי- 
נען געווען אַזעלכע, מיט וועמען זיי האָבען אָפּט געשמועסט און 
דעבאַטירט ועגען דעם ענין,. אלזאָ, האָבען זיי מיר איבערנע- 
געבען װאָס יענע זאָנען. 


אַלע דיזע געשפּרעכען װאָס איך האָב געהאט וענען דער 
קייס זיינען ביי מיר געווען א צונאָב צו דעם, װאָס איך האָב 
געלייענט אין דעם דיקען סטענאָגראפישען באַריכט פון דעם 
טרייעל. איך האָב זיך אָבער מיט דעם ניט באנוגענט. איך 


דו פרענק דראַטא ו' 599 


האָב זיך באַשלאָסען צו זעהן זיך מיט סאָליסיטאָר:דזשענעראל 
דאָרסי פּערזענליך, : 

אין זיין אָפיציעלֶען ביורא האָב איך איהם ניט נעפונען. ער 
איז דאַן געווען אין דעם קרימינעלען געריכט. בין איך אַריבער- 
נעגאננען אַהין. 

דער זאָל איז געווען האַלב-ליידיג. ‏ עס זיינען נעװען ביי 
דריי צעהנדליג אַרעסטירטע, װאָס האָבען געווארט גע'משפּט צו 
ווערען,. אלע זיינען זיי געווען נעגערס און זיי זיינען געזעסען 
אויף דער , שווארצער" זייט פון דעם זאַל, די ,ווייסע" זייט איז 
נעווען במעט פּוסט,. קיין אַרעסטירטע ווייסע זיינען אין גאַנצען 
ניט געווען. עטליכע לאיערס זיינען נעזעסען און געשמועסט. 
צווישען זיי האָט מען מיר אָנגעוויזען אויף א דאַרען, ניט קיין 
הויכען יונגען מאַן מיט אַן אַנגענעמען, ניט קיין מיאוס'ען 
פּנים. 

דאָס איז געווען דאָרסי. איך בין צו איהם צוגעגאנגען. 

|-- איך בין דער רעדאַקטאָר פון דעם אידישען טענליכען 
,פאָרווערטס? פון ניו יאָרק, --- האָכ איך זיך פאָרגעשטעלט, --- 
איך בין נעקומען אין אטלאַנטא מיט דעם ספּעציעלען צוועק צו 
שטודירען די פרענק קייס. איך װויל דערנעהן דעם אמת. איך 
וויל הערען אייער צד פון אייך אַליין, 

איך האָב ערװאַרט, אז ער וועט זיך אָנבלאָזען, ריידען צו 
מיר מיט אַ קאלטע פאַרמאלנעקייט. איך האָב אַ טעות געהאַט. 
ער האָט מיך אויפגענומען נאַנץ פריינדליך און מיט אן איינפאַ- 
בען, זאָנאַר ליבליכען שמייכעל, האָט ער געזאָגט: 

--- וועט איחר מיך באַהאַנדלען מיט יושר? 

--- פּאָזיטיוו! --- האָב איך געענטפערט -- איך פֿאַרזי- 
כער אייך, אַז איך וויל נאר וויסען דעם אמת. 

--- איך פרעג דאָס, ווייל דאָ איז געווען א רעפּאָרטער פון 
אַן אַנדער ניו -ארקער צייטונג. (דאָרסי האָט אָנגערופען איינע 
פון די גרעסטע עננלישע צייטוננען.) ער האָט מיך אויך פאַר- 
זיכערט אז ער װעט זיין ראַיעל און מיך באַהאַנדלען מיט יוֹשׂר; 
אוֹן דערנאָך האָט ער געטאָן פּונקט פארקערט. 


530 בלעטער פון מיין לעבען 


--- אויב איך װעל פון אַטלאַנטא אַװעקפאָהרען מיט דער אי- 
בערציינונג אַז פרענק איז אונשולדיג, װעל איך נאַטירליך אַזױי 
שרייבען, --- האָב איך געזאָנט, 

--- דאָס איז זעלבסטפארשטענדליך, --- האָט ער זיך אָפּנע- 
רופען. -- איך פאַרלאַנג נאָר, אַזן מען זאָל ריכטיג איבערגעבען 
אונזער צד פון דער קייס, 

ער האָט מיך איינגעלאדען נאָך מיטאָג צו קומען אין זיין 
פּריװאט אֶפִיס, 


דאָס איז געווען א גאַנץ שמאָלער לענגליכער צימער, פול 
מיט לאָאַ ביכער און פּאַפּירען. דעם נעטען, ציכטינען אויסזעהן 
פון אַ וויכטינגען ניו יארקער לאָאָדאָפיס האָט עס ניט געהאַט, 

ביי דריי שטונדען זיינען מיר געזעסען און גערעדט ועגען 
דער קייס. איך האָב איהם געשטעלט פראנען, קשיות און ער 
האָט נגעענטפערט. עטליכע מאָל איז פאָרנעקומען א העפטינער 
סכסוך צווישען -אונז, אָבער אַלץ אויף א פריינדליכען שטיינער, 
ווען מיר האָבען געחאַלטען ביי די , מאָרד-צעטעלעך? און איך 
האָב אָנגעוויזען װי שלאָגענד עס זיינען די באַוייזע, אז פרענק 
האָט זיי ניט דיקטירט, האָט דאָרסי דאָס ענערגיש באַקעמפט, 
איך האָב אַטאַקירט זיינע געגען-ערקלערונגען איך האָב צו- 
קלאַפּט (אַזױ וויינינסטענס האָב איך נעפיהלט) די אַרנומענטען- 
נעביידע, װאָס ער האָט נעפּרופט אויפבויען. דאן האָט ער מיךר 
מיט'ן פינגער אָנגעוויזען אויף דער אונטערשטער פּאָליצע פון אן 
אָפּענעם שראנק, וועלכער אין געשטאַנען פּונקט אנטקעגען אונז. 
זי איז אין נאנצען געווען פאַרנומען מיט פּאַפּירען. 

--- דאָס איז די קייס --- האָט ער געזאָגט, אלץ פריינדליך 
און אַלץ מיט אַן אַנגענעמע שטימע. -- מען מון דאָס אַלץ אי- 
בערלייענען, װאָרים איינס איז געקייטעלט מיט דאָס אַנדערע. איהר 
האָט נאָר געלייענט דעם באַריכט פון דעם טרייעל, ווען איהר 
װאָלט נעווען אויפ'ן טרייע? נופא, װאָלט איחר באַקומען ?ע- 
כעדינע איינדרוקען, דאַן װאָלט איהר געהאט אַ גאנץ אַנדער 
מיינונג. אָבער אויב שוין יאָ לייענען, װאָלט איהר נעדארפט 
א'בערלייענען דיזען פאק מיט שטאָף, וועלכער האָט זיך ביי מיר 


דו פרענק דראַמא , 1 


אָנגעקליבען. דאַן װאָלטען מאסען איינצעלהייטען אייך איבער- 
ציינט, אז פרענק איז דער מערדער. 

-- דאָ האַנדעלט זיך אָבער הויפּטזעכליך ווענען פראגען 
פון פּשוט'ען שכ? און פון אַלץ װאָס די ערפאהרוננען פון מענש- 
ליכען לעבען ווייזען אונז --- האָב איך געענטפערט. און ווידער 
האָב איך גענומען באווייזען װי לעכערליך עס איז זיך פאֲרצו- 
שטעלען, אז פרענק האָט די צעטעלעך דיקטירט. 

אויף דעם האָט דאָרסי נאָך אַמאָל אָנגעוויזען אויף דער אונ- 
טערשטער פּאָליצע פון דעם אָפענעם שראנק. דערביי האָט ער 
געמאַכט אַ מינע אַזױי וי איינער זאָנגט: ,ס'איז אן עבירה די 
רייד, ווען איהר װאָלט געקענט די קייס וי איך קען איהר, 
װאָלט איהר נעוואוסט, אז עס איז אַזוֹי װוי איך זאָג". 

צו דעם האָט ער צוגעלייגט מיט ווערטער: 

--- קאָנלי'ס עדות-זאָנען איז ניט אַלץ װאָס מיר האָבען. ווען 
מיר װאָלטען אַפילו קאָנלין אלס עדות ניט געהאַט, װאָלט אונ- 
זער קייס וועגען פרענק'ען אויך נעווען שטאַרק נגענוג. 

ביי דיזע ווערטער האָט דאָרסי מיר ניט געקוקט גלייך אין די 
אוינען, אזוי װי ער װאָלט זיך זשענירט, געפיהלט זיך אַביסעל 
אונבאקוועם, אפשר האָט זיך דאָס מיר געדוכט. אָבער אזא 
איינדרוק האָט דאָט אויף מיר נעמאַכט. זיינע ווערטער האָבען 
מיך איבערראַשט. קאָנלי'ס עדות זאָגען איז געווען די וויכטיג- 
סטע טייל פון זיין קייס --- זיין גאַנצע קייס אייגענטליך. אונטער 
געהערינע אומשטענדען, װאָלט קאָנלִי מיט זיין געשיכטע אַ דזשורי 
נלייך איבערציינט, אז דאָס װאָס ער דערצעהלט קומט פון זיין 
פאַנטאַזיע, און אזן ער איז דער אמת'ער און דער איינצינער 
מערדער. און איך בין געווען איבערציינט, אז דאָרסי ווייס דאָס 
נאָך בעסער וי איך. | 

די זעלבע באמערקונג, אז אֶהן קאָנלי'ן װאָלט ער אויך נע- 
וואונען די קייס, האָט דאָרסי עטליכע ואָכען שפּעטער געמאכט 
אויף אַ פאַרהער װאָס אין פאָרנעקומען ביי דער פּריזאָן קאָ- 
מישאָן. 

מיר האָבען זיך געזעגענט אַזױ העפליך וי מיר האָבען גנע" 
שמועסט, נעהענדינ פון איהם האָב איך זיך געטראכט: שוין 


9 בלעטער פון מיון לעבען 


העכער וי אַ יאָהר וי ער אַרבייט צו איבערציינען די וועלט, 
אַז פרענק אין דער מערדער. האָט דאָס אויף איהם אַזױי נע- 
ווירקט, אז ער האָט זיך דאָס אַליין איינגערעדט?! אזעלכע 
זאכען קען מען זיך אָבער ניט איינריידען. ביי זיך אין האַרצען 
ווייסט ער, אַז שולדיג איז דורכאויס קאָנלַי און קיין אַנדערער, 

אַ זאָנדערבאַרען איינדרוק האָט אויף מיר געמאַכט דאָס 
װאָס ער האָט געזאָגט, אז אֶהן קאָנלי'ן װאָלט ער אויך געקענט 
באַווייזען פרענק'ס שולד, איך בין שוין דאַן געווען גרינדליך 
בעקאנט מיט דעם גאַנצען סטענאַנראפישען באריכט פון דעם 
טרייעל און איך האָב געוואוסט וי לעכערליך דאָס איז. אין 
| דיזע ווערטער דאָרסי'ס האָב איך געפיהלט זיין באַוואוסטזיין, אז 
קיין אינטעליגענטער מענש װעט ניט גלויבען קאָנלי'ס שונדיגע- 
שיכטע. אָן דער דאָזינער באמערקונג זיינער האָב איך זיך דער- 
נאָך דערמאַנט פיל מאָל, און יעדעס מאָל פלענ איך זעהן אין 
מיין געדאַנק, װי בשעת ער רעדט אַרױיס די ווערטער, קען ער מיר 
ניט קוקען גלייך אין די אוינען, 
' 4 *ִ *ִ 

אויף מאַרגען נאָך מיין נעשפּרעך מיט דאָרסי'ן, ווען איך 
האָב פרענק'ען געמאַכט מיין טענליכען וויזיט, האָט ער ביי מיר 
געפרעגט : | 

--- װאָס װועט איהר היינט טעלענראפירען צוֹם ,פאָך- 
ווערטס"? | | 

--- איך װאָלט וועלען טעלענראפירען וי אזוי עס פיהלט א 
מענש, וועלכער איז פאַראורטיילט געװאָרען צום טויט און אין אב- 
סאָלוט אונשולדיג. 

איך האָב איהם געבעטען אויפשרייבען אן אַנטװאָרט אויף 
דיזער פראַגע. ער האָט א שמייכעל געטאָן, אַרױסגענומען פון 
זיין פּאַקעט א לעדיפּענסיל און אַ קאַרטע? און אויפנעשריבען : 

,די גאַנצע געשיכטע קומט מיר פאָר װי אַ חלום. סיר 
דוכט זיך, אז איך בין נאָר אַ זייטינער בעאָבאַכטער, אז עס איז 
שייך צו אַנדערע, ניט צו מיר. פֿאָרלויפיג האָב איך ניט נע- 
פיהלט קיין שום מורא", 

אַז איך בין געווען ביי דאָרסי'ן האָב איך איהם ניט געזאָגט, 


דו פרענק דראַמא 8 


איך האָב מיט איהם סתם פאַרצוינען א שמועס ווענען דעם סאָ- 
ליסיטאָר-דזשענעראל. 

--- ער האָט נרויסע פּאָליטישע אַמביציעס, --- האָט פרענק 
נעזאָנט, --- ער האָט זיין שטעלע באקומען ניט דורך װאַהלען, 
נאָר דורך אַן אַפּאִינטמענט צו פאַרנעמען דעם פּלאַץ פון 
דעם פריהערדינען סאָליסיטאָר-דזשענעראל, וועלכער האָט זיין 
טערמין ניט געענדיגט; און ער װיל וייזען אַז ער קען ער" 
וועהלט װוערעז אויך האָט ער אָבער אַלס סאַליסיטאר-דזשענע- 
רא? וועניג מזל, צוויי סענסאַציאַנעלע קייסעס האָט ער פֿאַר- 
לאָרען,. דער עולם איז ניט צופרידען מיט איהם. וויל ער פֿאַר- 
בעסערען זיין נאָמען,. ער דורשט נאָך אַן ערפאָלג. נו, האָט פּאַי 
סירט דיזער מאָרד אלזאָ, האָט ער צוזאַמענגעשטעלט אַ סייס 
געגען מיר און ער איז בארייט געווען אויף אַלץ אין דער וועלט די 
קייס צו געווינען. 


40 


נייע שטימען פאַר גערעכטיגקייט. --- אַ צווייטע צייטונג 
פאָדערט א נייעם טרייעל פאַר פרענק'ען. 


אין די לעצטע פּאָר טעג פון מיין באזוך אין אטלאנטא, האָט 
די פּרעסע געדרוקט צויי טרייסטפולע באַריכטען וװעגען דער 
פרענק קיים. 


דעם 17טען מערץ האָט סעם אֶלָיוו, אַ מיטנליד פון דער 
לעדזשיסלייטשור (לאָקאַלער פּאַרלאַמענט) פון דזשאָרדזשיא, גע" 
מאַכט אַן עפענטליכע ערקלערונג, אַז לוים זיין מיינונג, דארף 
מען פרענק'ען געבען אַ נייעם טרייעל. | 

דאָס איז געווען א זעהר אנגענעמער סימן. א מיטגליד פון 
א לעדזשיסלייטשור איז געוועהנליך א פּראָפּעסיאָנעלער פּאָלִיטי- 
שען. ווען אזא מענש קומט אַרױס מיט אַזאַ פאָדערונג אין אַ 
סימן, אַז מען מענ שוין; א סימן אַז עס איז שון 
מעהר ניטאָ קיין סכנה אז מיט אַזאַ שריט װעט ער אַרויסרופען 
אונצופרידענחייט ביים עולם. 


אויף מאָרנען איז געקומען א צווייטער סופּריז פון רעם זעל- 


4 בלעטער פון מיין לעבען 


בען פאָרט, אָבער נאָך אַ נרעסערער און ויכטינערער: ע. ה. 
מעקמייקעל, דער ספּיקער (פאָרזיצער) פון דער דזשאָרדזשיער 
לעדזשיסלייטשור, האָט אין א צייטונג געלאָזען אָפּדרוקען אַ 
בריף אין וועלכען ער האָט אויסנעדריקט די מיינונג, אז פרענק 
האָט ניט געחאַט קיין ראַיעלען פּראָצעס און אַז מען דאַרף איהס 
געבען אַ נייעם טדייעל, 

ניט ווייניגער וויכטינ איז געווען אַ לייט-אַרטיקע? וואס איז 
דעם זעלבען טאָג עדשינען אין דער צייטונג ,אטלאַנטא דזשאָר- 
דזשיען", אויך צו גונסטען פאַר אַ נייעם פּראָצעס פאר פרענק'ען. 
דאָס איז שוין אלזאָ די צווייטע אָנגעזעהענע אַטלאַנטער צייטונג 
װאָס האָט אָנגענומען אזאַ שטעלונג, 

דער לייט:אַרטיקע? האָט אויסגעדריקט אַ ווארעמע סימפּאַטי 
צו דעם אידישען פאָלק, גון פאַרזיכערט די וועלט, אז אטלאנטא 
ווייס ניט פון קיין אַנטיסעמיטיזם. ‏ אויב עס אין געווען אַנטי- 
סעמיטיזם אין דער צייט פון דעם טרייעל? --- האָט דער שרייבער 
פון דעם לייט-אַרטיקעל ערקלערט --- ,איז דאָס געקומען ניט פון 
דער גאַנצער באַפעלקערונג, נאָר פון איינצעלנע מענשען, פון ניט 
דענקענדע, ניט פאראַנטװאָרטליכע. אידען ניבען אַרױס א סך 
ווייניגער פאַרברעכער וי אַנדערע נאַציאָנאַליטעטען", 

דער אַרטיקעל-שרײיבער ערקלערט ווייטער זיין איבערציינונג, 
אז ,, פיר-פינפטלעך, אויב ניט ניין-צענטלעך, פון דער דענקענדער 
באַפעלקערונג פון אטלאנטא וועלען זיך שעצען גליקליך, אויב 
פרענק װועט באַקומען אַ נייעם טרייע?ל". 


41 


דורך דער פרענק קיים זיינען די אידען פון אַמלאַנטא גע- 
: װאָרען אַזױ וי איין משפּחה. 


אַלעקזאַנדער איז ניט געווען דער איינצינער אַמעריקאַנער 
איד פון אַטלאַנטא, װאָס האָט די פרענק טראַגעדיע זיך אַזױ גע- 
נומען צום האַרצען ; אויך ניט דער איינצינער, וואס האָט אויף 
דער קייס אַ סך צייט פֿאַרבראַכט. אין עטליכע אינטעלינענטע 
אידישע פאמיליען אין מען מיט דעם ענין געװוען פאַרנומען 


די פרענק דראמא 089 


בוכשטעבליך נאַנצענע טענ. דורך דער קייס זיינען ויינינ- 
באַקאַנטע מענשען געװאָרען נאָהענט באַפריינדעט ; מען האָט זיך 
אָפּט באַגענענט, און ווען מען אין זיך צוזאמעננעקומען, האָט 
מען הויפּטזעכליך נערעדט וװעגען דער פרענק קייס. וען מען 
האָט זיך דערוואוסט, אַז עס אין געקומען אַ רעדאַקטאָר פון אַ 
אידישער צייטוננ, ספּעציעל וועגען דער פרענק קייס, האָבען זיך 
במעט אַלע אידען פון אטלאַנטא פאַראינטערעסירט, 


וועגען אונזערע גענאָסען פון אַטלאַנטא -- סאַציאליסטען 
און מיטגלידער פון דעם ,אַרבייטער רינג? -- אין איבריג צו 
ריידען,. אין זייער געזעלשאַפט האָב איך פאַרבראַכט אַ סך צייט. 
איך בין געווען זייער נאַסט און האָב זיך אויפגעהאַלטען ביי 
זייערע פיהרער, יאַמפּאָלסקי און מערלין,*) מיר האָבען נאַטיר- 
ליך אַ סך גערעדט ווענען דעם פרענק בלבול. מיר האָבען אבער / 
אויך געשמועסט ווענען אונזער באַװעגונג, וועגען ,פאָרװערטס" 
און ווענען געמיינשאַפטליכע באקאנטע. עס איז אויך פאָרגעקו- 
מען אַ ספּעציעלע פאַרזאַמלוננ, וואו איך האָב געהאַלטען אַ פאָר- 
טראג, און דערנאָך -- אַ גענאָסענשאַפטליכער צוזאמענקונפט. 
דאָ מיין איך הויפּטזעכליך די ,יחודים" פון אטלאנטא, קינדער 
פון דייטש-אידישע אימיגראנטען אָדער פון פּאָרטוגעזישע אידען, 
די עלטסטע אידישע משפּחות אין אמעריקא. זיי האָבען מיך 
איינגעלאדען צו זיך דורכאויס צוליב אונזער געמיינשאַפטליכען 
אינטערעס אין פרענק'ס שיקזאל; און אַזױי וי די צייט אין 
געווען צו קורץ אַז איך זאָל קענען אָננעמען אַלע איינלאַדונ- 
גען, האָט מען ענדליך געמאַכט איין גרויסע ,פּאַרטי?, זֵיי זיי- 
נען אַלֶע געווען טיף איבערציינט אין פרענק'ס אונשולד,. ער אין 
זיי געווען ליב װי אַ מאַרטירער; און צוליב זיין מאַרטירערײי 
האָבען זיי זיך מעהר וי אימער נעפיהלט אַלס אידען. איך 
װועל קיינמאָל ניט פאַרנעסען די אויסדרוקען פון פּיין וואס איך 
האָב פון זיי געהערט. 


*) גענ. מערלין'ען קומט אַ ואַרימער דאַנק פון מיר אויך פאַר די 
הילף װאָס ער האָט מיר אַזוי בעריימווולוג געגעבען אוצט, ביו דער 
צופערטיגונג פון דיזער ,פרענק דראַמאַ?. 





6 | בלעמער פון מוון לעבען 


42 
איך זעגען זיך מיט פרענק'ען. 


ווען, פאַר מיין אַװעקפאָהרען, בין איך נעקומען זיך זענע- 
נען מיט פרענק'ען, האָב איך לעבען איהם אין פּריזאָן געפונען 
זיין פרוי און זיינע צוויי אינטימע פריינד, דר. ווילדאוער און 
סעמיוע? בורשטיין, אלע זיינען זיי געווען גוט אויפגעלעגט. 
אַלץ האָט אויסנעזעהן גינסטיג. די אויסזיכטען אויף אַ נייעם 
טרייע? האָבען געשיינט צו זיין נלענצענדע. אלזאָ, האָבען מיר 
געשפּאַסט, | 

איינער פון די אנוועזענדע, --- דר. ווילדאוער, דאַכט זיך, 
--- האָט פרענק'ען נענעבען א קאָמפּלימענט פאַר זיין מוט, 

--- אפילו דאַן, ווען אלץ האָט אויסנעזעהן אזוי דונקעל, 
האָט ער זיך נעהאַלטען בראַוו, --- האָט ער געזאָגט. 

--- איך האַלט זיך אזוי, ווייל די נאַנצע צייט דאַכט זיך מיר, 
אַז עס איז עפּעס אַ בייזער שפּאַס, ניט מעהר -- האָט פרענק 
זיך אָפּנערופען --- די געשיכטע איז אַזאַ אונזין, און איך קען 
יאיהר ניט נעמען ערנסט. צוערשט האָב איך אויף איין סעקונדע 
זיך ניט נגעקענט פאָרשטעלען אז עס װועט דערפון ארויסקומען אַ 
טראַנעדיע,. ווען מען האָט מיך אַרעסטירט, בין איך געווען זיכער 
אַז אין אַ פּאַר טעג אַרום װועט מען מיך אַרױסלאָזען. מען האָט 
מיך אָבער געהאַלטען און געהאַלטען, ביז די גרענד דזשורי האָט 
מיך אינדאַיטעד. דאָס איז, נאַטירליך, געווען אַ שרעקליכע אי- 
בערראַשונג. אָבער גאַנץ ערנסט האָב איך דאָס ניט גענומען. 
עס האָט זיך פּראָסט ניט גענלויבט. און אָט זעהט איהר דאָך! 
דער עולם ניכטערט זיך ענדליך אויס. דער שטראָם האָט זיך א 
קירעווע געטאָן אין דער נעהעריגער ריכטונג! 

מיר האָבען זיך געזענענט. איך האָב געזאָגט, אז צו דעם 
נייעם טרייע? על איך ווידער קומען קיין אטלאנטא. 

--- דערנאָך וועלען מיר אַלֶע פייערען אייער באפרייאוננ! 
אֶה, װועט דאָס זיין א יום-טוב ! --- האָב איך צוגעלייגט, 

עס האָט זיך מיר געװאָלט מיט איהם זיך צו קושען אויף 
אונזער , אַלט-מאָדישען" שטייגער,. אָבער אין אמעריקא זענענען 


דו פרענק דראַמא 7 


זיך מענער ניט אַזױ, און איך האָב זיך קוים צוריקגעהאלטען 
דערפון. 

מיר האָבען זיך אַלע ווארעם געדריקט די הענט און, מיט 
אַ ווארימקייט אין הארצען בין איך אראָפּ פון די אייזערנע טרעם. 


49 


,מיסטער ניט מיר א סיגאַרעט, פרייטאָג װועט מען מיך 
הענגען." -- איך זעה קאַנלין. - 


איך האָב ניט נלייך פאַרלאָזען די פּריזאָן געביידע. איך בין 
פריהער ארונטערגענאַנגען אין בייסמענט. דאָרטען זיינען אין 
סעלס געזעסען עטליכע אַרעסטירטע --- אַלע שװאַרצע. צוויי פון 
זיי, נאָך גאנץ יונגע באָיס, צו זיבצעהן אָדער אכצעהן יאֶהר, זי" 
נען געווען פאַראורטיילט צום טויט פאַר א מאָרד. סים דריי 
טעג שפּעטער האָט מען זיי נעדאַרפט הענגען. אויף דעם זעלבען 
בייסמענט פלאָר איז געזעסען קאָנלי. 
| = איך האָב דעם פּלאַץ שוין איין מאָל באַזוכט און האָב שוין 
פון ווייטען געהאָט געזעהן אי קאָנלי'ן אי די צויי צום-טויט- 
פאַראורטיילטע באִיס,. פאר'ן אװעקפאָהרען האָב איך אָבער אויף 
זיי געװאָלט ווידער א קוק טאָן, צו די באָיס בין איך דיזען מאָל 
צונענאנגען נאנץ נאָהענט, איך האָב זיך באַגריסט מיט זיי. 

 ---‏ מיסטער, ניט מיר אַ סיגארעט, פרייטאָג װועט מען מיך 
הענגען ! --- האָט איינער צו מיר געזאָנט, 

איך האָב איהם געקראָנען אַ פיגאַרעט ביי איינעם פון די 
וועכטער, און מיר האָבען זיך צורעדט. דאָס הייסט איך האָב 
זיך צורעדט. 

ער איז געווען אַזוױי אונענטוויקעלט, אז ער האָט ניט גע- 
וואוסט וי אַלט ער איז, איך האָב איהם געפּרופט פרענען װי 
אַזױ ער פיהלט זיך, אָבער אַלץ װאָס איך האָב פון איהם גע- 
קענט אַרויסקריגען איז ,יעס סער", אָדער ,נאַ סער". דערגעהן 
אַ טאָלק ווענען דעם, װאָס עס טוט זיך ביי איהם אין הארצען 
און אין מוח איצט, ווען ער געפינט זיך אין דעם שאָטען פון 
טויט, איז נעווען אונמענליך. 

די צוויי בֹאִיס האָבען ניט אויסגעזעהן צושראָקען אָדער צו- 


98 בלעטער פון מיון לעבען 


טראָנען זאָגאר, וי אזוי זיי האָבען זיך ווירקליך געפיהלט האָט 
מען אין זייערע געזיכטער ניט געקענט לעזען. 

די זעלבע תליה, וועלכע איז געשטאַנען גרייט זיי צו הינריב- 
טען אין דריי טענ אַרום (און זייער טויט-אורטייל אין דאַן 
ווירקליך דורכנגעפיהרט געווארען), האָט געזאָלט דינען דורכצו" 
פיהרען דעם טויט-אורטיי? גענען פרענק'ען. איך בין אָבער 
געווען זיכער, אז צו דעם װועט ניט קומען. 

קאָנלי'ן האָב איך ווידער באַקוקט פון וייטען. מען האָט 
מיר געװאָרענט, אַז איך זאָל מיט איהם ניט פּרופען ריידען. דער 
סאָליסיטאָר:דזשענעראל און די פּאַליציי װאָלטען דאָס געקענט 
אויסטייטשען אלס א פּראָבע פון איהם ארויסצוקרינען באַוייזע 
קעגען איהם,. ער האָט מיך אויך באַקוקט. אַז ער האָט כיטרע 
אוינען איז לייכט געווען צו זעהן פון ווייטען. 


44 


פרענק'ם לאָיערס מאַכען צוויי נייע פּראָבעם צו באַקומען 
א נייעם טרייעל, 


דעם 97טען מערץ, ניין טאָנ נאָכדעם װוי איך האָב זיך אומ- 
נעקערט פון אטלאנטא קיין ניו יארק, האָבען פרענק'ס לאַיערס 
נעמאַכט א מאושאן (א פאָרשלאג, א פאָדערונג), אן מען זאָל 
פרענק'ען געבען אַ נייעם טרייעל, אויף דעם גרונד, דאָס מען 
האָט געפונען וויכטינע נייע באַווייזע אז ער איזן אונשולדינ. 
אַזא שריט הייסט אין דזשאָרדזשיא און אין מאַנכע אנדערע 
שטאַאַטען , עקסטראאָרדינערי מאושאָן", לויט דעם געזעץ, האָבען 
זיי דיזע פאָדערונג געשטעלט דזשאָדזש בען הילל, דעם נייעם 
ריכטער פונ'ם קאורט, וואו עס איז פאָרנעקומען פרענק'ס טרייעל. 

דזשאָדזש חיל? האָט אָפּנעהאַלטען א פאַרהער, וואו פרענק'ס 
לאִיערס האָבען פאָרנעבראַכט זייערע נייע באַווייזע און פאָרנע- 
לעזען די אַפידייוויטס פון זייערע נייע עדות, און פון פריהער- 
דיגע עדות, װאָס האָבען איצט ערקלערט אַז ביים טרייע?ל האָבען 
זיי געזאָגט לינען דער סאָליסיטאר-דזשענעראל, פון זיין זייט, 
האָט פאָרנעלעזען קענען-אפידייוויטס און זיך געמיהט צו-נישט 
צו מאַכען אַלֵץ װאָס די פאַרטיידיגונג האָט פאָרגעבראַכט. 


דו פרענק דראַמא 539 


דער סוף איןז נעוען, אַז דזשאָדזש בען הילל האָט דעם 
מאָושאָן צוריקנעוויזען. 

די לאִיערס האָבען דאַן אָנגעגעבען אן אַפּיל צו דעם סוֹפּרים 
קאורט אֶוו דזשאָרדזשיא. זיי האָבען אָבער דעם אַפּיל פאַרלאָרען. 
דאן האָבען פרענק'ס אַדװאָקאַטען פאַר דזשאָדזש הילל'ען גע- 
מאַכט אַ צווייטען מאָושאן וועגען אַ נייעם טרייעל. דיזען מאָל 
האָבען זיי אַלס נרונד אַרױפגעשטעלט דעם פאַקט, אז פרענק 
איז ניט געווען אין קאורט בשעת די דזשורי האָט אריינגע- 
בראַכט איהר װוערדיקט, דאָרסי'ס ענטפער איז געװוען אַז פרענק 
האָט פרייוויליג געשלאָסען אַן אָפּמאַך מיט דעם אַנדערען צד, . 
אַזן ער זאָל דאַן ניט זיין אין קאורט. זיינע לאִיערס האָבען 
אָבער גע'טענה'ט, אז דאָס מאַכט ניט אויס, װאָרים דאָס געזעץ 
פאָדערט, אז דער באַשולדיגטער מון זיין אַנװעזענד בשעת מען 
ערקלערט דעם ווערדיקט. | 

דזשאָדזש היל? האָט דעם צווייטען מאָושאן אויך צוריקגע- 
וויזען, די לאיערס האָבען װידער אפּעלירט און וידער פאַר- 
לאָרען. | 
דער באַשלוס פוֹן דעם העכערען געריכט איז אַלץ געווען גע- 
בויט אויף ריין טעכנישע פונדאַמענטען. אין דיזען פאַל האָט 
דער פופּרים קאורט געגעבען די פאָלגענדע ערקלערונג: די טענה, 
אז דער באַשולדינטער איז ניט געווען אין קאורט, ווען די דזשורי 
האָט אַנאָנסירט איהר װערדיקט, האָבען די לאָיערס געזאָלט ארויס- 
שטעלען בשעת זיי האָבען אָנגעגעבען זייער פריהערדיגען מאָושאן 
וועגען אַ נייעם טרייעל, 

מיט דעם זיינען אויסגעשעפּט נעווארען אַלע מיטלען װאָס די 
פארטיידיגונג האָט געקענט אויספּרואװען אין די געריכטען פון 
דעם שטאַאַט ‏ דער נעקסטער שריט איז געווען צו װענדען זיך 
צו געריכטען פון די פאַראייניגטע שטאַאַטען. 

אין די קלענערע נעריכטען פון די פאראיינינטע שטאאטען 
האָט פרענק אויך פארלאָרען. ‏ עס איז אלזאָ געבליבן נאָך איין 
טיר, אין וועלכער זיינע לאִיערס האָבען געקענט קלאפּען -- די 
טיר פון דעם סופּרים קאורט אֶוו די יונייטעד סטייטס -- דער 
העכסטער געריכט אין לאַנד. 


540 בלעטער פון מיין לעבען 


45 


פרענק באַקומט װאַרעמע באַנריסונגען צו זיין געבורטס- 
טאָג. --- זיין טעלעגראַמע צו די , פּאָרווערטס"-לעזער, 


עס איז נעקומען דער 17טער אפּריל, דער דאַטום וועלכער 
איז געווען פרענק'ס נעבורטסטאָג און וועלכער איז באַשטימט נע- 
װאָרען אלס דער טאָג פון זיין טויט. זיין הינריכטונג איז אָבער 
אָפּגעלעגט געווארען --- צוליב זיינע נייע אפּילס. 

פרענק האָט יענעם טאָנ ערהאלטען ווארעמע באַגריסוננס- 
בריף און באַגריסונגסיטעלענראמען פון באקאנטע און אומבאַ- 
קאנטע פון פארשידענע טיילען פון לאַנד. ‏ ער האָט אויך בא- 
קומען מתנות. א אַנצען טאָנ האָבען איהם בעזוכט פארשי- 
דענע מענשען. 

איינע פון די טעלענראמען איז נעווען פון מיר. אין מיין 
פּערזענליכען נאָמען און אין דעם נאָמען פון די ,פאָרווערטס"- 
לעזער, האָב איך איהם געוואונשען פאַָלשטענדינע באַפרייאוננ 
און נעזונט,. אויף דעם האָט ער נעענטפערט מיט אַ דעפעשע: 

אַטלאַנטא, דזשאָרדזשיא, אַפּריל 18טער, 1914, אב. קאַהאַן, 
רעדאקטאָר פון , פאָרווערטס", 178 איסט בראָדוויי, ניו יאָרק, 
איך האָב פאַרבואַכט אַן אַנגענעמען געבורטס-טאָג אין דער קאָמ- 
פּאַני פון מיינע קרובים און פריינד, נאָהענטע און וייטע. די 
פריינדליכע צואווינשוננען פון אייך און אייערע לעזער פאַר- 
שאפען מיר נרויס פרייד ‏ דער אמת פאַרשירט שוין און דער 
טאָג פון נערעכטינקייט קומט אָן. 

ליאָ פרענס", 
40 
פרענק ווידער ערוועהלט פּרעזידענט אויף אַ לאָקאַלען צו- 
זאמענפאָהר פון דעם אָרדער , בני ברית". 

עטליכע טעג שפּעטער איז אין אַטלאַנטא פאָרנעקומען די יעחר- 

ליכע קאָנװענשאָן (צוזאַמענפאָר) פון דעם דיסטריקט לאדזש , בני 


ברית" פון יענעם געגענד, פרענק איז געווען דער פּרעזידענט פון די 
דאָרטיגע פאַראיינינטע לאָקאַלס. און איצט, בשעת ער איז געזעסען 


די פרענק דראַמא 541 


אין פּריזאָן מיט א טויט-אורטייל אוֹיף זיך, איז ער איינשטימינ 
ווידער ערוועהלט נעווארען פּרעזידענט. ער אין געװען רעס- 
פּעקטירט און באַליכט. און ער װאָלט סיי װוי סיי ערוועהלט נע- 
װאָרען, דיזען מאָל אָבער האָבען די דעלענאטען מיט זיין ווידער- 
ערוועהלונג אויך נעמיינט צו וייזען דער שטאָדט וואס פאַר אַ 
הויכע מיינוננ זיי האָבען ווענען איהם, 7 

פילע פון די דעלענאטען צו דער קאָנװענשאָן האָבען פרענק'ען 
דערנאָך באזוכט אין פּריזאָן. 


47 


יודזשין דעבם און דזשיין עדעמס פּאָדערן גערעכטיגקייט 
פאר פרענק'ען. 


אונזער יודזשין דעבס, דער באַליבכטער פיהרער פון דער סאָ- 
ציאליסטישער פּארטיי און איהר קאַנדידאַט אויף פּרעזידענט פון 
די פאראייניגטע שטאאַטען, האָט ענדע דעצעמבער, 1914, ווע" 
גען דער פרענק קייס פאַרעפענטליכט אַן ערקלערוננ, וועלכע האָט 
צווישען אַנדערע שטעלען ענטהאַלטען די פאַלגענדע: 

,איך האָב נאָכנעפאָלנט די פרענק קייס אין די צייטוננען 
צוליב איהר אויפערגעוועהנליכען כאַראַקטער, און איך בין גע- 
קומען צו דער איבערציינונג, אז פרענק'ס טרייע? איז געווען 
א פּוסטע קאָמעדיע. דער פאָראורטייל נעגען איהם אין גע- 
ווען אַזױ שטאַרק, אז וי אונשולדיג ער זאָל ניט זיין, האָט 
זיין לעבען ניט געהאט קיין ברעקעל שאַנס. 

,קיינער פּרעטענדירט איצט ניט, אן דער פרענק טרייעפ 
איז נעווען נעפירט מיט יושר און ראַיעלקײיט. פון אָנפאַנג 
אָן איז זיין נור? נעווען פאר'חתמ'עט. די קאורט הויז, וואו 
די קאָמעדיע איז געשפּילט געװאָרען, האָט אַרומנערינגעלט אן 
אויפגערענטער ווילדער מאב, און אַלֵץ וואס מען האָט אָננע- 
ווענדעט נענען דעם אונשולדינען קרבן, אין אויפגענומען נע- 
װאָרען מיט אַן אויסברוך פון פרייד, וועלכע דער קאורט האָט 
אפילון ניט נעמאַכט קיין פארזוך צו אונטערדריקען. וען די 
טעראָריזירטע דזשורי האָט ענדליך ארױיסנעטראַנען דעם אור- 
טייל , שולדיג", אין פאָרגעקומען א וילדע זיג-דעמאַנסטראַ- 


549 בלעטער פון מיין לעבען 


ציע ווען אפילו פרענק װאָלט געווען שולדיג, װאָלט דאָס אויך 
געווען אַ שאנד פאַר אַ צװויליזירטער געזעלשאַפט. 

|,קיין איין רעדאקטאָר פון א צייטונג האָט דאַן ניט נע- 
װאַגם צו פּראָטעסטירען; קיין איין גלהת אין א קלויסטער 
האָט דאַן קיין װאָרט ניט געזאָגט, כאָטש עס אין געװוען גוט 
באַוואוסט, אַז די לאָיערס, װאָס האָבען פאַרטײײידיגט פרענק'ען, 
און די דזשורי האָט מען די גאַנצע צייט געסטראשעט, אז אויב 
פרענק װעט ניט פאַראורטײילט ווערען, װעט מען מיט זיי זיך 
אָפּרעכענען, | 

,װען דער יונגער מאַן װאָלט נעווען אַ קינד פון עפּעס אן 
אריסטאַקראַטישער רייכער קריסטליכער פאַמיליע, אנשטאָט צו 
זיין א זוהן פון אן איינגעוואנדערטען אידען, װאָלט ער זאָנאַר 
נים אַרעסטירט נעװאָרען אויף די באַוייזע פון א נענער, וועל- 
כער איז אַליין פאַרדעכטיגט געװאָרען אין דעם פאַרברעכען. די 
גאַנצע געשיכטע װאָלט זיך מסתם געענדיגט מיט דעם װאָס מען 
װאָלט דעם נענער געלינטשט. 

,די אָנקלאַגע האָט דורכנעקוקט און דורכנעזיפּט פרענס'ס 
גאַנצע פאַרגאַנגענהײיט און האָט ניט געקענט געפינען דעם קלענ- 
סטען פלעק אויף זיין כאַראַקטער; און װאָס אנבעלאנגט די 
ווירקליכע באווייזע וועגען דעם מאָרד, שטעהט ער אבסאָלוט אונ- 
שולדיג פאר דער גאַנצער וועלט, | 

וען מען זאָל דערלאָוען אַן פרענק זאָל הינגעריכטעט 
ווערען, װועט עס זיין אַן אייבינע שמאַך און שאַנדע פאר'ן לאנד. 

,די פאוטה אין פאַרבלענדט פון ראסעןפאָראורטייל -- 
דאָס איז איינע פון די ירושות, װאָס זיינען ביי איהר פאַרבליבען 
פון דער געוועזענער שקלאפעריי. אין יענער טייל פון אונזער 
קאנד אין פאר שווארצע ניטאָ קיין געזעץ און קיין גערעב- 
טיגקייט. איך האָב דאָרט גענוג ארומגערייזט דאָס צו וויסען. 
ווען אויף א נעגער אין פאַראַן בלוין א פאַרדאַכט אז ער אין 
שולדיג, לינטשט מען איהם דארטען. אֶט אין דיזער אטמאָס- 
פערע איז דורך ספּעציעלע אומשטענדען אַרויסגעקומען אַז ליאָ 
פרענק, , דער פאַרדאַמטער איד", איזן אונשולדינ פאראורטיילט 
געווארען, 


דו פרענק דראַמא 548 


,זאָל די עפענטליכע מיינונג אויפגעהויבען װערען בין יע- 
דער סאָרט 'קינטש געזעץ' אין דזשאָרדזשיא װועט פארדאמט ווע- 
רען און ליאָ פרענק װעט קריגען א ריכטינען טרייעל און אַ גע- 
רעכטען אורטייל", : 

איינע פון די וויכטיגסטע אוֹן באקאנטסטע פּערזענליכקייטען 
צווישען די דענקענדע פרויען אין אמעריקא איז געווען (און איז 
נאָך איצט, ווען דיזע ווערטער ווערען געשריבען) דזשיין עדעמס, 
די גרינדערין און פיהרערין פון דער האָל? האָוס --- די באַרימטע 
,אוניווערסיטעט סעטעלמענט" פון שיקאגאָ. (א סימפּאטישער 
אנשטאלט פאר דער פארשפּרייטונג פון קולטור, בילדונג און נו- 
טע געוואוינהייטען אוֹן שטרעבוננען צווישען ארימע קינדער.) 
ווען אין די פאראייניגטע שטאַאַטען האָט זיך אָנגעפאנגען די 
אַגיטאציע פאר פרויען שטימרעכט, איז מיסס עדעמס געווען איינע 
פון די וויכטינסטע פיהרערינס פון דער באוועגונג, 

אין 1914 איז איהר אויסגעקומען אין פארבינדונג מיט די- 
זער באוועגונג צו פארברענגען א געוויסע צייט אין דער סאוטה. 
זי האָט זיך פאראינטערעסירט מיט דער פרענק קייס, דורכנע- 
שטודירט ביידע צדדים פון דעם פּראָצעס און געקומען צו דער 
איבערציינונג, אז פרענק האָט ניט באקומען קיין גערעכטינקייט. 
זי האָט דאַן געשריבען א בריף צו מיסס עמילי מעקדאָנאלר, 
די פיהרערין פון דער פרויען שטימרעכט-באַוועגונג אין דזשאָך- 
דזשיא, אין וועלכען זי האָט אויסגעדריקט די מיינונג אז פרענק'ען 
צו הענגען װאָלט געווען אַ יוסטיץ-מאָרד. זי האָט זיך געווענדעט 
צו מיסס מעקדאָנאלד און אַלע אַנדערע דענקענדע פרויען פון 
דעם שטאַאט, אַז זיי זאָלען פאָדערען א נייעם טרייעל פאר 
פרענק'ען. 


| 48 : 

לואים מאַרשאל, --- די פרענק קייס און דער העכסטער נ9: 

ריכט אין לאַנד, -- זיבען ריכטער געגען א נייעם טרייעל, 
צוויי דאַפיר. --- זייערע ערקלעהרונגען. 

לואיס מאַרשאַל, דער כל? טוער און פיהרער פוֹן די אמע- 

דיקאנער יהודים, איז געווען איינער פון די וויכטיגסטע לאִיערס 


54 | בלעטער פון מיין לעבען 


אין לאַנד, און ער האָט זיך אין דער פרענק קייס שטאַרק פאַר- 
אינטערעסירט, ער האָט איבערנעלעזען דעם אפיציעלען סטע- 
נאָנראפישען באריכט פון פרענק'ס טרייעל, און דער רעזולטאַט 
איז געווען א פאַלשטענדינע איבערציינוננ אז פרענק אין א קרבן 
פון א בלבו?. ,די האָר שטעלט זיך קאַפּױער ווען מען זעהט 
אויף װאָס פאר אַ גרונט די דזשורי האָט איהם געפונען שולדינ" 
--- אַזױ אוננעפעהר פלענט ער זאָנען יעדעס מאָל ווען איהם אין 
אויסנעקומען צו ריידען ווענגען דער קיים, 


ווען עס האָט זיך גענומען האַנדלען וענען אַפּעלירען צו 
דעם סופּרים קאורט אָוו די יונייטעד סטייטס, איז ער אריינגעטראָ- 
טען אין דער קייס,. אויף אזעלכע אפּילס אין ער געווען אַ ספּע- 
ציאליסט.. צו איהם פלענט מען זיך מייסטענס ווענדען מיט פּרא- 
צעסען, װאָס זיינען נעגאנגען אין א קאורט ניט פון א בעזנ- 
דערען סטייט, נאָר צו די קאורטס פון די יונייטעד סטייטס, אָדער 
,פעדעראל קאורטס", און הויפּטזעכליך מיט אפּילס פאר פראצע- 
סען וואס דארפען גע'פּסקנ'ט ווערען פון דעם העכסטען געריכט,. 
אלזא, האָט ער גענומען ארבייטען פאר דיזען אפּיל, 


צוערשט האָט מען בעדארפט נעפינען אַ ריכטער פון דיזען 
געריכט (אין נאַנצען זיינען אין איהם פאראן ניין) וואס זאָל 
ערקלערען, אַז אַזאַ אַפּיל קען דער סופּרים קאורט אויסהערען. 
אלזאָ, אין לואיס מארשאל אריבערגעפאָהרען קיין װאשיננטאָן, 
וואו ער האָט באַזוכט דזשאָסטיס לאַמאַר -- איינעם פון די 
ניין ריכטער. דזשאָסטיס לאַמאַר האָט אָנגענומען מאַרשאַל'ס 
אַרגומענטען, אַז עס איז פאַראַן א גרונט פאַר אן אַפּיל צו דעם 
נאנצען סופּרים קאורט אָוו די יונייטעד סטייטס, און ער האָט 
אַרויסגעגעבען אן ערלויבניס פאַר אזא אַפּיל, דאָס אין געווען 
דעם 28טען דעצעמבער, 1914, 


די קייס איז אלזאָ פאָרנעקומען פאר די ניין הויכע ריכטער. 
דער רעזולטאַט איז געווען, אז סיט זיבען גענען צויי האָבען 
זיי גע'פּסקנ'ט, אז די קייס האָט צו דער קאַנסטיטוציע פון די 


דו פרענק דראַמא 545 


יונייטעד סטייטס קיין שייבות ניט.+) די ענטשיידונג איז בעקאנט 
געווארען דעם 18טען אפּריל, 1915, 

אינטערעסאַנט איז, אז די צוויי ריכטער, װאָס האָבען גע- 
שטימט פאַר א נייעם טרייעל, זיינען געװען דזשאָסטיס האָומס 
און דזשאָסטיס היוז, װאָס ביידע זיינען זיי באקאנט אלס סימ- 
פּאַטישע און מוטינע מענשען,. דער ערשטער אין א ליבעראק, 


*) פאַר דעם ניט-אַמערוקאַנישען לעזער פאָדערט זיך דאָ פולווכט 
רו פאָלגענדע ערקלעהרונג: 

יעדער סמויט (שמאַאַט) האָט זיך זיון אווגענע קאָנסטיטוציע און 
זיונע אויגענע געזעצען. די יונייטעד סטויטם (פאַראווניגטע שטאַאַטען), 
דאָס הויסט אַלע צוזאַמען אַלס אַ גאַנצע לאַנד, האָט א ' ה ר קאַנסטו- 
טוציע, און דו קאָנסטיטוציעס און געועצען פון די אוונצעלנע סטייטס 
מאָרען ניט געהן געגען אוהר. דוּ פ ע ד ע ר אַ לע ר עג ר ובג, 
דאָס הייסט די רעגירונג פון דוי יונייטעד סטויטס, טאָר זיך נוט מישען 
אין דו געועצען און און די פּראָצעסען פון דו איונצעלנע סטייטס, סיידען 
זיו ברעכען א י ה ר פעדעראַלע קאָנסטיטוציע, די לאַנדיקאָנסטיטוציע, די 
קאָנסטומוציע פון דו יונויטעד סטויטס. אוון פּונקט פון דיזער פעדע- 
האַלער קאָנסטיטוציע זאָגט, אַז יעדער סוטיזען (ביהגער) האָט אַ ,רעכט 
אויף לעבען, פרווהייט און אַ ג ע ה ע ר ' ג ע ן ג ע זע 7ץ - 
8 ר אָ צ ע ס 7 . (דאָס הייסט, אויף אַ רובטיגען, ראַיעלען, געזעצלו- 
כען משפּט). ווען אין אַ שטאַאַט װערט אַ בירגער פאַראורטיילט צום 
טויט און עס קען באַװיזען װערען אַז ער האָט ניט געהאַט קוון 
,געהעריגען געזעץ-פּראָצעס", האָט דער סופּרים קאָורט אָװו די יונויטעד 
סטייטס אַ רעכט זיך אַריינצומישען, מבטל צו זיין דעם טויט אורטויל 
און צו ערקלעהרען דעם גאַנצען פּראָצעס פאַר אונגילטוג. דאַן מוז דער 
באַטרעפענדער שטאַאַט דעם אָנגעקלאָגטען געבען אַ נייעם טרייעל. | 

יעדער סטייט האַלט טווער זוין זעלבסט-שטענדוגקייט, און די 
פעדעראַלע קאָורטס איולען זיך ניט זיך צו מישען אין פּראָצעטען װאָס 
קומען פאָר אין דו סמיימ-קאָורטס. (עס זיינען פאַראַן ספּעציעלע פראַגען 
איבער וועלכע דו יונוישעד סטייטס קאָורטס האָבען אימער אַ דעה אין 
דו איונצעלנע סטייטס, און מיט וועלכע די אוינצעלנע סטווטס באַשעת- 
מיגט זיך אין גאַנצען ניט. דאָס געהערט אָבער ניט צו אונזער ענין. 
מיר רעדען דאָ וועגען די אַנגעלעגענהייטען, איבער וועלכע יעדער סמויט 
האָט זיך זיינע געזעצען און זיינע קאָורטס פיהרען אָן פּראָצעסען. אין 
אַזעלכע אַנגעלעגענהייטען מישען זיך די יונייטעד סטווטס קאָורטס 
זעלטען. זיי זעהען דאָס אויסצומיידען, סוודען עס איז געבראָכען 
געװאָרען די פּעדעראַל קאָנסטוטושאָן). 





546 בלעטער פון מיין לעבען 


דער צווייטער א קאָנסערװאַטאָר, אָבער ביידע האָבען אימער נע- 
געבען זייער שטימע פאַר גערעכטיגסייט און האָבען אַרױיסנעװיזען 
מענשען-ליבע און אַ טיפען יושר-געפיהל, 


די טענה, אז פרענק אין ניט געװען אין קאורט בשעת די 
דזשורי האָט אַרייננעבהאכט דעם וװערדיקט, האָט קיין איינדריק 
ניט נעמאַכט, נִיט אויף די זיבען ריכטער, ניט אױיף די צויי. 
עס איז געווען אן אָפּמאַך צווישען ביידע צדדים, און איין מאָל 
איז פרענק אויף דעם איינגעגאננען, קען ער זיך ניט קלאָגען. 
די מיינונגס-פארשידענהייט צווישען דער מאַיאריטעט און מינאָ- 
ריטעט פון די ניין הויכע ריכטער האָט זיך באצוינען בלוין אויף 
דער פראנע, צי דער מאַב האָט בעאיינפלוסט די דזשורי מיט 
די אַנטי-פרענק געשרייען. 


די פּאָרשטעהער פון דזשאָרדזשיא סטייט, וועלכע האָבען בא- 
קעמפט פרענק'ס אפּיל צו דעם העכסטען קאורט אין לאנד, האָ- 
בען נע'טענה'ט, אז די דזשורי אין פון דעם מאב ניט נע- 
ווען בעאיינפלוסט; אַז דאָס אין אַ פראַנע פון פאַק- 
טען, און אַז אין באַצוג צו אַזעלכע פראנען האָט דער סופּרים 
קאורט אֶוו די יונייטעד סטייטס איבער א סטייט-קאורט קיין דעה 
ניט. דאָס װאָס א סטייט-קאורט בעטראכט פאר אן אמת, מוז 
דער יונייטעד סטייטס קאורט אויך באַטראכטען פאר אן אמת. 


בשעת פרענק'ס לאִיערס האָבען אפּעלירט צו דעם סופּרים 
קאורט פון דזשאָרדזשיא סטייט, האָט דאָרסי ארויסנעשטעלט 
די זעלבע באַהויפּטוננ, נעמליך, אזן דער מאב האָט דער דזשורי 
ניט נעשטערט צו באטראכטען די קייס אונפּארטייאיש און ראַ- 
יעל; און יענער סטייט סופּרים קאורט האָט דאָס אָנערקענט 
אַלס אַ פאַקט; דעריבער מוז איצט דער סופּרים קאורט אָוו די 
יונייטעד סטייטס דאָס אויך אזוי אנערקענען. אלזאָ, הייסט עס, / 
אז פרענק האָט יא באַקומען א ,נעהערינען געזעץפּראַצעס" 
(לויט די נגעזעצען פון דזשאָרדזשיא), 

די זיכען פון די ניין הויכע ריכטער האָבען דיזען אַרנומענט 
אָנגענומען. די צוויי, ווידער, האָבען איהם ניט אָנגענומען, און 
פון זייער זייט האָבען זיי אַרויסגעשטעלט באַװייזע, אז דער 


דו פרענק דראַמא 547 


טרייעל אין פאָרגעקומען אונטער אזעלכע אומשטענדען, ואו א 
ראַיעלער, אומפּאַרטייאישער טרייעל אין אונמעגליך געוען. זיי 
האָבען אָנגעוויזען, אז דזשאָדזש ראָון, דער טרייעל ריכטער, אליין 
האָט פרענק'ס לאִיערס געראטען אז זייער קליענט זאָל ביי דעם 
ווערדיקט ניט זיין אין קאורט, וייל ער, דער טרייעל ריכטער, 
האָט מורא געהאָט אז מען װעט מאכען א נוואלטיגען איבערפאל 
אויף איהם ; די צוויי ריכטער האָבען אויך דערמאָנט די אַפּלאָריס- 
מענטען און הורראס, מיט וועלכע דער עולם האָט באגריסט 
דאָרסי'ן און דעם נעפּילדער בשעת מען האָט יעדען דזשוראָר 
געפרענט אויב זיין װערדיקט איז , שולדיג". דאָס זיינען פאק- 
טען, וועלכע דער סאָליסיטאר-דזשענעראל האָט ניט געלייקענט. 
אלזאָ, האָבען די צוויי הויכע ריכטער אויף דעם גרונד פון דיזע 
פאקטען ערקלערט ; 


,עס ליינט זיך אויפ'ן שכל מיט אַן אוננעהייערע קראפט, 
אז די דזשורי האָט זיך אפּנערופען אויף דעם כעס פון דעם 
מאַב? (איינפאַכער גערעדט, אז דער צואווילדעטער אַנטי-פרענק 
מאָב האָט מיט זיינע נעשרייען געמוזט האָבען אַ ווירקונג אויף 
דער דזשורי), 


די ערקלעהרוננ פון די צוויי ריכטער ענטהאלט אינטערעסאנ- 
טע און שטאַרקע שטעלען. 


,דער עיקר פון דעם ארנומענט, וועלכען עס שטעלען ארויס 
די פֿאָרשטעהער פון דזשאָרדזשיא --- זאָגען זיי -- באַשטעהט 
אין דעם, דאָס דער טרייע? קאורט אין א געזעצליכער קאורט, 
ווען ער זאָל אפילו באהערשט ווערען פון א מאַב; אז איין מאָל 
גיט אַ סטייט-קאורט אַרױס אן ענטשיידונג, אין באַצונ צו די 
פאקטען (נעמליך, אז דער מאַב האָט דעם קאורט ניט באַהערשט), 
קען א פעדעראל קאורט דיזע ענטשיידונג ניט ענדערען, . . אָבער 
די ווערטער ,א נגעהעריגער געזעץ-פּראָצעס? ענטהאַלטען אַ דייט- 
ליכע פאַדערונג, אז דער באשולדינטער זאָל באקומען אַ ראִיע- 
לען טרייעל. . . מאַב געזעץ קען ניט פארװאַנדעלט וערען אין 
אַ , נגעהערינען נעזעץ-פּראָצעס? דורך דעם, וואס א טערראָריזירטע 
דזשורי װוערט נעצוואוננען איהם אנצונעמען. סיר ריידען דאָ 


548 בלעטער פון מוין לעבען 


ניט וענען עפּעס אַן אונאַרדנונג אין קאורט אָדער וענען אֵן 
אונפּינקטליכקייטם אין דעם גאַנג פון דעם פּראָצעס. דֹאָ האַנ- 
דעלט זיך וועגען אַ פאַל, וואו די גערעכטינקייט ווערט ווירקליך 
געשטערט און צודרעהט. אין אזאַ פאל האָט דער פעדעראלער 
געריכט די מאכט מבט? צו זיין א ווערדיקט.. 


,עס איז ניטאָ קיין אורזאַכע מורא צן האָבען אז מיט דעם 
װאָס מען װעט פּסל'ען דעם װוערדיקט, װועט מען אָפּשוואכען די 
אױיטאָריטעט פון דעם סטייט צו באַשטראפען פאַרברעכער. מיר 
נלויבען, אַז אין אונזער לאנד אין ניטא אזא געגענד, וואו עס 
איז אונמענליך זיך צו באַװאָרענען אז א טרייעל זאָל זיין פריי 
פון אן אויסערליכען קאָנטראָל, אויב עס אין יאָ פאַראַן אַזא 
ווינקעל, אין געוויס וויכטיג צו ווייזען, דאָס אין אזאַ קייס וי 
דיזע, קען מען ניט געהן געגען דער קאָנסטיטושאָן פון די 
יונייטעד סטייטם... 


,עס איז אונזער פליכט צו ערקלעהרען, אז וען , לינטש- 
געזעץ"=) ווערט פּראַקטיצירט פון א רעגעלמעסינער דזשורי 
איז דאָס פּונקט אַזױ אונגעזעצליך, וי ווען דאָס ווערט פּראַק- 
טיצירט פון אַ קאָמיטע, וואס א מאַב ערוועהלט פון זיך מיט'ן 
צוועק צו באנעהן א מאָרך", 


קומענדיג פון ואַשינגטאָן האָט מאַרשאל מיט ענמת נפש 
גערעדט וועגען זיין דורכפּאַל און װענען דעם שיקזאל פון 
פרענק'ען, אין וועמעס אונשולד ער איז, דורך זיין גרינדליכער ‏ 
באקאנטשאַפט מיט דער קייס, געווארען נאָך טיפֿער איבערצייגט, 


עס אין אלזאָ פאַרשוואונדען די לעצטע האָפנונג אוֹיף א 
נייעם טרייעל, דער גאנצער בארג שלאָגענדע באַווייזע און לֹאַ- 
גישע אַרגומענטען אַז פרענק איז אונשולדינ אין געבליבען לינען, 
צו געברויכען דאָס פאַר א דזשורי און פאַר א ריכטער אין שוין 
אונמעגליך נעווען, כאָטש שריי צו די הימלען. 


*) דאָס אוז אויגענטליך אַן איראָנישער אווסדרוק. עס הייסט די 
הערשאַפט פון אונגעזעצליכקייט, פון אַ מערדערליכען מאַב. 





דו פרענק דראָמא 49 


49 


דער ריכטער װאָס האָט פרענק'ען פאַראורטײלט צום טויט 
בעט מען זאָל איהם ניט הענגען. 


דער נעקסטער שריט איז געווען א געבעט ביי דער פּריזאָן- 
קאַמישאָן פון אטלאַנטא צו רעקאָמענדירען צום גאַװערנאָר, אז ער 
זאָל פרענק'ען באַגנאַדיגען, אין מייסטע שטאַאַטען זיינען פאַ- 
ראַן אזעלכע אֶפיציעלֶע קאָמיסיעס. זיי האָבען די מאַכט צו , פּאַר- 
דאָן'ען? א פאראורטיילטען אין נאַנצען אָדער צו ,קאָמיוטען" 
(לייכטער מאַכען) זיין שטראָף. אין דזשאָרדזשיא סטיים, ווען די 
פּריזאָן קאָמישאָן קומט צו דער איבערצייגונג, אז דער פּריזאָנער, 
װאָס איז פאַראורטײילט צום טויט, פאַרדינט אַז אנשטאָט דעם 
זאָל מען איהם נעבען לעבענס-לענגליכע געפענגניס, שיקט זי צו 
דעם גאַװערנאָר אַ רעקאָמענדאציע ווענען דעם. 

דער פארהער פאר דער פּריזאָן-קאָמישאָן אין דער פרענק 
קייס איז פאָרגעקומען ענדע מאַי, 1918. 

דאָס וויכטיגסטע פון אלץ, וואס האואַרד, פרענק'ס לאִיער, 
האָט פאָרגעבראַכט פאַר די מיטגלידער פון דער קאָמישאָן, איז גע- 
ווען א בריף פון דעם ריכטער ?. ס. ראָון, וועלכער האָט געפיהרט 
פרענק'ס טרייע?, און וועלכער איז איצט שוין געווען טויט. , דאָס 
איז אַ שטימע פון קבר אז מען טאָר פרענק'ס לעבען ניט נעמען? 
--- האָט האואַרד געזאָגט, 

דעם בריף האָט דזשאָדזש ראָון געשריבען, ווען ער איז נע- 
ווען ערנסט קראַנק און האָט זיך געפונען אין אַ סאַניטאריום אין 
בוירקשיר היללס, נאָרטה עדעמס, מאסאטשוזעטס. ער האָט 
איהם נעשיקט צו פרענק'ס לאִיערס. אָט איז דער בריף: 

,צו ליא פרענק'ס לאיערס : 

,איך האָב בעטראכט אייער ביטע וענען פאַרשלֿאַנען בא- 
גנאַדינונג פאר ליא מ. פרענק און איך װעל עס טאָן שפּעטער, 
ווען די פּריזאָן קאָמישאָן װעט האָבען א געלעגענהייט צו אונ* 
טערזוכען און באטראכטען פרענק'ס קיים. 

עס איז מענליך, אז איך ציינ ניט אַרױיס גענוג אכטונג צו 
דער מיינונג פון דער דזשורי, וועלכע האָט איהם געפונען שול- 


0 בלעטער פון טיין לעבען 


דיג איך בין אָבער אלץ געווען אין א צושטאנד פון ניט-זיכער- 
הייט וועגען זיין שולד. איך האָב זעהר פלייסיג און ערנסט זיך 
געמיהט צו דערגעהן דעם אמת אין דיזער אנגעלעגענהייט. אָבער 
וי עס ווייזט אויס בין איך ניט געווען ערפּאָלנרייך איך האָב 
מאָנאַטען לאַנג געהאלטען אין איבערטראכטען די נאַנצע קייס 
און איך בין אַלץ ניט זיכער, צי פרענק איז שולדיג. דאָס נעמט 
זיך הויפּטזעכליך פון דעם, װאָס דעם נענער קאָנלי'ס באַווייזע 
זיינען ניט גענוג איבערצייגענד. 

מאיך רעכען דעריבער, אזן דער הויפּט:מעדזשיסטרייט פון 
דעם סטייט?) דאַרף אין אַזאַ פאַל אָנװוענדען אלע זיינע קרעמטען 
פעסטצושטעלען דעם אמת. צו היגריכטען א פּערזאָן, וועמעס 
שולד עס איז ניט איבערצייגענד באוויזען געווארען פאר די הע- 
כערע בעאמטע, איז צו שרעקליך. איך נלויב ניט, אַן א מענש 
זאָל קריגען די העכסטע שטראָף, סיידען דער געריכט, די דזשורי 
און דער גאַװערנאָר זאָלען אלע זיין קלאָר איבערצייגט, אז דער 
אָנגעקלאָגטער איז זיכער שולדיג. אלזאָ, ווען עס װעט קומען 
די צייט דערצו, װעל איך אויסדריקען און ברייטער באווייזען דיזע 
מיינונג פאר'ן גאַװערנאָר און פאַר דער סטייט פּריזאָן-קאָמישאָן, 

,אין פאל אָבער עס װועט זיך מאַכען, אז איך על עס ניט 
קענען טאָן, האָט איהר דאָס רעכט צו באַנוצען זיך מיט דיזען 
בריף ביי דעם מאַרהער, 

ערגעבענסט אייער, 
?. ראָון " 


פאָרצוקומען פאַר דער פּריזאָן-קאָמישאָן האָט דזשאָדזש ראָון 
(ניט דערלעבט, 

ווען דאָרסי האָט זיך דערוואוסט אז עס אין פאראַן אזא 
בריף, האָט ער ערקלערט אז די אונטערשריפט אין א געפעלשטע 
(דער בריף איז געווען נעשריבען אויף א טייפּרייטער), פאַר דער 
פּריזאָןדקאַמישאָן איז אָבער באַוויזען געווארען, אז דער בריף און 
די אונטערשריפטען זיינען עכטע. 

נאָך דזשאָדזש ראָון'ס בריף איז פאַרנעשלאָגען געווארען א 


*) דאָס הויסט דער גאַװערנאָר, - 





די פרענק דראַמא 1 


בריף פון דזשאָדזש ראָון'ס ברודער, ט. ראָון, דער דזשאָדזש 
האָט איהם באַזוכט באַלד נאָך פרענק'ס טרייעל, זיי האָבען לאַנג 
געשמועסט וועגען דער קייס ; און אויף דעם איינדרוק װאָס די 
געשפּרעכען מיט זיין ברודער האָבען אויף איהם געמאַכט האָט 
ער איצט באַגרינדעט זיין ביטע, אַז די טױיט-שטראָף זאָל פאַר 
פרענק'ען פאַרביטען ווערען אויף געפענגניס. 

,איך נעם זיך ניט אונטער איבערצוגעבען אין גאנצען אונ- 
זערע געשפּרעכען, -- האָט ער געזאָנט -- מיין איינדרוק אין 
אָבער, אַז אין דער צייט פון דעם טרייעל איז די גאַנצע באַפעל- 
קערונג אין אַטלאַנטא געווען אונטער דעם איינפלוס פון 
דער אויפנערענטער מאַסע. די לופט אין נעװען אִנ- 
נעזאפט מיט דיזער שטימונג און זי האָט אַריינגעדרוננען אויך 
אין דעם געריכט-זאל?ל, די שטימונג האָט זיך דאָרט ארויסנע- 
וויזען אויף פארשידענע אַרטען, אונטער דיזע אונגעוועהנליכע 
אומשטענדען איז נעפירט נעווארען דער טרייעל. 

, מיין ברודער האָט מיר אויך דערצעהלט אז פרענק, וי די 
אונטערזוכונג האָט באוויזען, האָט נעבראַכט אין ארדנונג אלע 
זיינע ביכער דעם גאַנצען טאָג, ווען דער מאָרד איז באַגאַנגנען 
נעווארען ; פרענק האָט באַוויזען, וואס ער האָט נעטאָן און וואו 
ער איןז געווען יעדע מינוט. אויסער עטליכע מינוט פאר'ן מאָרד, 
עס איז אונפארשטענדליך, וי אזוי אזא מענש האָט נעקענט באַ- 
געהן דיזען פארברעכען. 

קאָנלי, ווידער, ווייס מען, איז דאָרט נעווען דעם גאַנצען 
פריהמאָרגען און געהאלטען אין איין שיכור'ן. ווען די מיידעלע 
איז געקומען האָט ער איהר לייכט נעקענט טויטען און באַהאַלטען 
איהר קעהפּער, דאָס איז זעהר ווארשיינליך, אין אלנעמיין קוקט 
עס ניט אויס וי א פאָרד פון א וייסען מענשען; אלע אום- 
שטענדען ציינען, אז דאָס איז די ארבייט פון אַ נענער. 

,דאָס וואס מיין ברודער נופא האָט ניט געװאָלט באַווילינען 
א צווייטען טרייעל, ווייס איך, איז נגעווען ניט לויט זיינע גע- 
פיהלען און איבערציינען; ער האָט בלין ניט געװאָלט געהן 
נענען דעם אורטייל פון דער דזשורי. אָבער די באַווייזע האָבען 
איבערגעלאָזען אין איהם א שטארקען צווייפעל אין פרענק'ס שולד. 


89 | בלעטער פון מיין לעבען 


,װאָס אַנבאַלאַנגט מיין מיינונג, וואס איך האָב באַקומען 
פון דעם נאַנצען טרייעל, נלויב איך, אזן עס װאָלט געװען אן 
אוננליק און א שאַנדע פאר דעם סטייט דזשאָרדזשיא צו הענגען 
פרענק'ען ; אן אייביגער פלעק װאָלט איבערנעבליבען אוֹיף 
יאלעמען", 

אויה דעם פאַרהער פון דער פּריזאָן קאָמישאן אין דאן 
פאָרגעלעזען נעװאָרען אַן אַפידייוויט פון פרענק'ס פרוי, אין װועל- 
כען זי האָט דערצעהלט אין קורצען די געשיכטע פון זייער פאר- 
הייראטען לעבען און דערנאָך האָט זי באַוויזען וואו איהר מאן 
איז געווען און װאָס ער האָט געטאָן דעם גאנצען טאָג ווען דער 
מארד איז באנאננען געווארען. 

נאָכדעם זיינען צו גונסטן פון פרענק'ען פאָרגעקומען עטליכע 
פּראָמינענטע פּערזאָנען, װוי יודזשין פאָסס, דער געוועזענער נאָ- 
װוערנאָר פון מאַסאַטשוזעטס, און איינינע דזשאָדזשעס און קאָן- 
גרעסלייט, עס זיינען אויסגעהערט געװאָרען דעלענאטען פון פאר- 
שידענע אַרנאַניזאציעס. אלע האָבען זיי זיך אויסנעדריסט, אז 
עס װאָלט געווען אַ גרויסע אונגערעכטינקייט פרענק'ען צו הינ- 
ריכטען. 

4 * 8 

די פּריזאן קאָמישאָן האָט איהר באַשלוס ארויסנענעבען אין 
אַ ואָך ארום און דער באַשלוס איז נעווען א באַננאַדיגוננג פאר 
פרענק'ען צום נאַװערנאָר ניט צו רעקאָמענדירען,. דאָ איז ווידער 
געווען דאָס זעלבע װי אין די קאורטס צו וועלכע פרענק האָט 
אַפּעלירט: א מינאָריטעט פון דער קאָמישאָן האָט נעשטימט 
פאר פרענק'ען. | 

50 


דער ווייס-פּרעזידענמג פון די פאַראײינינטע שטאאַטען בעמ 
פאַר פרענק'ען. -- בריף און דעפּעשען פון אַנדערע וויכטיגץ 
פּערזאַנען. -- א באַוענונג פאר פרענק'ען איבער'ץ 
גאַנצען לאַנד. -- דר. ווילמער. 


דער איינציגער װאָס האָט איצט געקענט ראַטעװען פרענק'ען 
פון דער תליה איז געווען גאַװערנאָר דושאהן מ. סלייטאָן, דער 


די פרענק דראַמא 555 


הױיפּט פון דער דזשאָרדזשיא סטייט רעגירונג עס זיינען איהם 
אָנגעקומען צענדליגע און צענדליגע טויזענדער בריף און טעלע- 
גראמעס. זיי זיינען געקומען פון אַלַע טיילען פון לאַנד, אַלץ 
מיט געבעט, אַז ער זאָל ניט לאָזען דורכפיהרען דעם טויט אור- 
טייל אויף ליא פרענק. פון דזשאָרדזשיא נופא איז איהם אויך 
אָנגעקומען א ריזינע מאסע בריף. אָבער זיי זיינען געװען צו- 
טיילט; פילע פון די שרייבער האָבען נעבעטען פאר פרענק'ען, 
און פילע האָבען געפאָדערט זיין טויט, זאָנאר געסטראשעט דעם 
נאָװערנאָר, אז אויב ער װעט פרענק'ען לאָזען לעבען, װעט מען 
פון איהם נעמען ראכע. 

איין טעלעגראמע מיט אַ נעבעט אַז ער זאָל ניט לאָזען הינ- 
ריכטען פרענק'ען האָט דער נאַװערנאָר ערהאַלטען פון װייס-פּרע- 
זידענט מארשא? פון די פאראיינינטע שטאַאַטען (װילסאָן אין 
דאַן געווען פּרעזידענט און מאַרשאַל װייס-פּרעזידענט), 

א צווייטע דעפעשע אין צום נאַװערנאָר אננעקומען פון 
פעדערא? דזשאָסטיס לינדסי פון דענווער, קאַָלאָראדאָ, וועלכער 
איז געווען איינער פון די ראַדיקאלע ריכטער און אַלגעמײן בא- 
קאנטע פּערזענליכקייטען אין לאנד. (ער האָט געהאַט מוט צו 
אַטאַקירען דעם פילפאכען מיליאָנער ראקעפעלער, און צו ער- 
קלערען זיך נענען די אַלטע חייראַט:מנהנים. ער איז אַרויסגע- 
טראטען פאר פּראָבע-הײיראַטען), זיין דעפעשע צו גאַװערנאָר 
סלייטאָן האָט ענטהאלטען דאָס פאַלגענדע: 

,איך קען זאָגען דאָס איך דריק אויס די מיינונג פון נאַנצען 
לאַנד, ווען איך פאַרלאַנג דאָס פרענק'ס אורטייל זאָל כאָטש פאַר- 
ביטען ווערען אויף לעבענסלעננליכע געפענגניס". 

דזשאָדזש פּאועל, דער געוועזענער ריכטער פון סופּרים 
קאורט פון דזשאָרדזשיא סטייט, האָט אויסדריקליך נעזאָגט, אז 
ער נלויבט דאָס פרענק איזן אומשולדינ און ער האָט צונעליינט 
דעם פאקט, אז דער פריהערדינער דזשאָדזש ראָון, וועלכער האָט 
געפיהרט דעם טרייעל נענען פרענק'ען, האָט אויך ניט געגלויבט 
אין פרענק'ס שולד, 

דזשאָדזש ראָון איז פון דעם װוערדיקט נענען פרענק'ען נע- 
ווען איבערראַשט", האָט דזשאָדזש פּאעול געשריבען. 


054 בלעטער פון מיין לעבען 


,איך פערזענליך בי; ניט איבערציינט, אַז דער אָננעקלאָן- 
טער איז באַגאנגען דעם מאָרד", האָט ער אויסדריסליך געזאָגט 
נאָכ'ן טרייעל, , אָבער מיין איבערציינונג איז ניט וויכטיג. וויפ' 
טיג איז דער פאַקט, אז די דזשורי איז איבערציינט". דזשאָרזש 
ראון האָט געהאט דאָס רעכט צו פּסל'ען דעם װערדיקט און אויב 
ער האָט דאָס ניט געטאָן, איז דאָס וואַרשיינליך געווען דערפאַר 
װואָס ער האָט זיך געפונען אונטער דעם איינפלוס פון די אוים- 
גערענטע קראַודס פּונקט װוי די דזשורי עס איז אויך מענליך, 
אז ער אין געווען זיכער האָס פרענק װעט קריגען א צוייטען 
טרייע? פון די העכערע געריכטען. 

,פרענק'ס טויט-אורטיי? איז נעלענען אויף זיין געוויסען וי 
אַ שטיין און דעם דאָזינען שטיין האָט ער מיט זיך מיטגענומען 
אין קבר ‏ עס האָט גענומען א יאָהר איידער דער ברייטער עולם 
חאָט זיך אַרײינגעטראַכט אין דער קייס און דאַן האָט זיין נעוויסען 
שאויפגעוואכט". 


די באווענונג פאר פרענק'ען האָט זיך פארשפּרייט איבער'ן 
גאַנצען לאנד,. אין פילע קירכען פון פילע שטאאַטען האָבען פּאס- 
טארס געהאַלטען דרשות, אין וועלכע זיי האָבען זיך געווענדט צו 
דעם גאװװערנאָר פון דזשאָרדזשיא ער זאל ניט דערלאזען, אז מען 
זאָל פרענק'ען הענגען. צענדליגע צייטונגען האָבען אָנגעפירט אן 
אַניטאציע אין דעם זעלבען זין, אומעטום האָט מען געזאמעלט 
אונטערשריפטען אויף א פּעטיציע צו נאַװערנאָר סלייטאָן'ען ער 
זאָל ראטעווען פרענק'ען פון דער תליה. אונטער דער פּעטיציע 
האָבען זיך אונטערגעשריבען נאװערנאָרס, סענאַטאָרען, קאָנ- 
גרעפלייט, קאלעדזש פּראָפּעסאָרען, דזשאָדזשעס און אָהן א צאָה? 
באקאנטע מענער און פרויען. 

די לעדזשיסלייטשור (לאַקאַלער פּארלאמענט) פון דעם סטייט 
לואיזיאנא האָט אָנגענומען א רעזאָלוציע צו שיקען אן עהנליכע 
ביטע צו דעם נאַװערנאָר פון דזשארדזשיא, 

אין דזשאָרדזשיא נופא איז אונטער אזא פּעטיציע נעזאמעלט 
געווארען עטליכע טויזענד אונטערשריפטען. 

דיזע פּעטיציע האָט פאר דעם נאַװערנאָר פאָרגעלעזען דער 


די פרענק דראַמא 8 


אויבען:דערמאַנטער גייסטליכער דר. ווילמער. אין א רעדע, וואס 
ער האָט דערביי געהאלטען האָט דר. ווילמער מיט אויסדרוקען 
פון ענטריסטונג און באַדױערען ערקלערט, אז די פרענק קייס 
העצט אויף קריסטען געגען אידען,. פרענק איז אַ קרבן פון דריי 
נעפיהלען, האָט ער געזאָגט: 

4) פן געפיהלען פון קריסטען געגען אידען. 

2) פון דעם געפיה? פון ביליגע פּאָליטישענס וואס וילען 
זיך מאכען פּאָפּולער ביי די מאסען. 

3) פון אַ געפיה? גענען פרענק'ען דערפאר וואס ער אין אַ 
פאַבריקאַנט*). 

אין דזשאָרדזשיא האָבען זיך אונטער דער פרענק פּע" 
טיציע אונטערנעשריבען העכער וי הונדערט ריכטער, געװעוע- 
נע ריכטער, גייסטליכע, פּראָפעסארען, לאִיערס, באַנקירען און 
א גרויסע צאָה? פּראָמינענטע פרויען און טױיזענטער אנדערע 
בכירגער און בירגערינען. 

פון דער אַנדערער זייט האָבען זיך נעפונען גענוג מענשען, 
איינינע איינפלוסרייכע, וועלכע האָבען געטאָן אַלץ מענליכעס צו 
ווירקען אויף דעם נאַװערנאָר, אז ער זאָל פרענק'ען ביי דעם 
מלאך המות ניט אַועקנעמען,. איבער דעם אידישען יונגען מאַן 
איז די שטאָדט אטלאנטא און דער נאנצער סטייט דזשאָרדזשיא 
נאָך אַלץ געווען צוטיילט אויף צוויי לאַנערען. איין לאַנער האָט 


*) װוי מיר ועלען וייטער זעהן, איז דיזער סאָרט אַגיטאַציע 
ספּעציעל אָנגעפורט געװאָרען פון מאַם װואַטסאַן, אַ באַרימטער דעמאַגאָג 
וועלבער האָט אַ גיפטוגען אַנטיסעמיטיזם צוזאַמענגעמישט מיט אַ 
בלומרש'דיגען ראַדיקאַליזם. דר. זוולמער האָט אָבער פון אַזעלכע 
שענדלוכע זאַכען ניט געוואוסט. 

זיין קירכע איז געווען אַן אַרוסשאָקראַטישע, (די פרוי פון גאָווער- 
נאָר סלייטאָן, וועלכער איז געווען זעהר רייך, איז געווען אַ מיטגליד פון 
זיין קאָנגרעגוישאָן). ער איז געווען אַ קאָנסערװאַטיװער מענש, דר. 
ווילמער, אָבער אַ מאַן מיט אַן אוידעלען, געפיהלפולען כאַראַקטער. פון 
דער פרענק קיים האָט ער געהאַט אמת'ע יסורים אַלס מענש און אַלס 
בירגער. עס איז איהם שמערצליך געווען זיך פאָרצושטעלען אַו די 
שמאָדט אַטלאַנטאַ זאָל באַגעהן אַזאַ בלוטוגען אונרעכט. ער האָט פאַר 
פרענק'ען געאַרבוט אונערמודלוך, 





56 ' - בלעטער פון מוון לעבען 


געקעמפט פאר זיין לעבען און איינער פאר זיין טויט. די גרויסע 
אונאינטעלינענטע מאסע האָט געהערט צו דעם צווייטען לאַגער, 

פריינט פון אמת און גערעכטיגקייט האָבען געארבייט פאר 
פרענק'ען. אָבער די פּאַליצײי און דער סאָליסיטאָר-דזשענעראַל 
האָבען אויך נים גערוהט און דעמאנאָגען, וואס מאכען זייער קאַ- 
ריערע דורך מאב-העצעריי, אויך ניט,. עס זיינען געווען גענוג 
פּאַליטישענס און סתם , קאָך-לעפעל? װאָס האָבען דורך דיזער 
אַגיטאציע געזוכט פּאָפּולער צו ווערען  ;‏ און זשורנאַליסטען וואס 
האָבען אין דעם געזעהן א מיטעל צו געווינען צירקולאַציע האָ- 
בען זיך אויך געפונען. מען האָט אַניטירט קענען פרענק'ען אלם 
דעם באַשולדינטען און מען האָט אַניטירט קענען איהם אלס איך, 

װאָס שטאַרקער עס איז געווארען די אַגיטאַציע פאר פרענק'ען, 
אליי מעהר האָט דאָס צורייצט דעם לאָקאלען פּאַטריאטיזם פון 
דעם אַנדערן צד, און דער פאַקט, װאָס אין אַנדערע שטאַאַטען אין 
שנע? געוואקסען אַ געפיה? אז פרענק אין א קרב האָט אין 
דעם דאָזינען פּאַטריאטיזם אריינגעגעבען אַ נייעם פייער, 


81 


בלוט-דורשטיגע פאַרזאַמלונגען און תפילות בשעת דער 

גאָװערנאָר איז זיך מישב וועגען פרענק'ס שיקזאַל. 

בשעת נאַװערנאָר סלייטאָן האָט באטראכט די פראנע צי 
פרענק זאָל שטאַרבען, צי ער זאָל בלייבען לעבען, זיינען אין 
אטלאנטא פאָרגעקומען שטורמדינע מאַס-מיטיננען פון די, וואס 
האָבען געפאָדערט פרענק'ס טויט. די פאַרזאַמלונגען זיינען אִפ- 
געהאַלטען געווארען אויפ'ן נאָס, לעבען דעם קעפּיטאָל (די רע- 
גירונגס געביידע פון דזשארדזשיא סטייט). מיט וילדע בלוט- 
דורשטינע קולות האָבען די רעדנער געפאָדערט אַז דער גאַװערנאָר 
זאָל נים צונעמען פרענק'ען ביי דער תליה. און די צוהיצטע 
מאַסע האָט אויף יעדען אויסרוף אזעלכען אָפּנעענטפערט מיט 
פֿאַרטױיבענדע אַפּלאָדיסמענטען און יובעל געשרייען. 

דאָס זיינען מייסטענס געווען מאַב מענשען, אונוויסענדע, 
אויפנעהעצטע, צוזאמען מיט זיי האָבען. אין די פארזאמלונגען 
אנטייל גענומען גענוג אינטעליגענטערע מענשען אויך --- אָבער 


דו פרענק דראַמא 04 


כמעט דורכאויס פון דעם סאָרט, וועלכער איז אויבען אָנגעדייט 
נעווארען ; פּאַליטישענס אדער אזעלכע װאָס האָבען זיך נע- 
שניטען אויף פּאַליטישענס, און סתם קאָך-לעפעלס, װאָס ווארפען 
זיך אַריין אין יעדען יאַריד. 

די בירגער, אינטעלינענטע און אויך א גרויסע צאָהל איינ- 
פאכע ארבייטער אָדער נעשעפטסלייט, האָבען מיט'ן נאַנצען האר- 
צען געהאָפט, אַז נאַװערנאָר סלייטאָן װעט האָבען דעם מוט די 
טויט-שטראָף פאר פרענק'ען צו פארבייטען אויף לעבענס-לענגליכע 
געמפענגניס, מעהר האָט מען פאָרלויפינ ניט געקענט ערווארטען. 
דער אַלגעמיינער געדאַנק אין ביי אזעלכע מענשען געווען: זאָל 
פרענק נאָר בלייבען לעבען. מיט דער צייט, ווען עס װועט איבער- 
געהן די בלוטינע היסטעריקע, װועט אפשר זיין א מענליכקייט 
איהם צו באַפרייען פון פּריזאָן אויך. 

יענע פּאֶר זונטאָנס האָבען נלחים אין פילע קירכען אין אט- 
פאנטא און אַנדערע שטעדט און שטעדטלעך פון דזשאָרדזשיא 
מתפּל? געווען צו נאָט וועגען דעם גאַװערנאָר'ס באַשלוס. 

איינינע האָבען אין דיזע תפלות זיך אָפען אויסנעדריקט 
פאַר אַ באַגנאַדינונג. דאָס רוב אָבער האָט פּשוט נעבעטען נאָט, 
אז ער זאָל בענשען דעם נאַװערנאָר'ס באַראטונג און איהם העל- 
פען קומען צו אַ ריכטיגען באַשלוס. דאָס האָט געהייסען: ,איך 
מיש זיך ניט,. איך לאָז אַלץ איבער צו דעם רבונו של? עולם". 

בעטען ביי נאָט אַז דער נאַװערנאָר זאָל זיך ניט מישען און 
אז פרענק זאָל נעהן צו דער תליה, אזא תפילה האָט קיין איין 
גלח ניט געזאָנט, 


דער 22טער יוני אין געווען ענדליך באַשטימט אלס דער 
דאַטום ווען פרענק האָט נעזאָלט הינגעריכטעט ווערען. די צייט 
איז נעגאננען שנעל. עס האָט שוין נעהאלטען נאנץ נאַהענט 
צו דעם שווארצען פריה-מאָרנען. 


גאַווערנאָר סלייטאָן האָט אויף דער קייס געארבייט בוכ- 
שטעבליך טאָג און נאַכט. ער האָט דורכגעשטודירט יעדען װאָרט 
אין דעם סטענאָנראפישען באַריכט פון דעם טרייעל אוֹן פון די 


58 / בלעטער פון מיון לעבען 


אַלע אַפּילס ; יעדע ברעקע? נייע באַווייזע װאָס פרענק'ס לֹאַ- 
יערס האָבען אָנגעקליבען און די אַנטװאָרטען װאָס דער סאָליסי- 
טאָר-דזשענעראל האָט אויף זיי געגעבען. און מיט דעם האָט 
ער זיך אויך נים באנוגענט. ער האָט צויי מאָל באזוכט די 
פּענסיל פעקטאָרי און אויפמערקזאם באקוקט און באטראכט יעדען 
ווינקעלע וואס האָט געהאַט אַ שייכות צו דער געשיכטע פון דעם 
מאָרד, װי קאָנלי האָט איהר דערצעהלט, צוֹ די באַהױפּטונגען 
פון די אַנדערע עדות, פון ביידע צדדים, און צו די אלע טענות 
און אַרגומענטען, װאָס זיינען פאָרגעבראַכט געווארען געגען 
פרענק'ען און פאַר איהם, ביים טרייע? און נאָכ'ן טרייעל, 

עס איז ניט געווען קיין אנגענעמע אונטערנעמונג,. טאָמער 
קומט ער צום באַשלוס, אז ער מוז פרענק'ען לאָזען לעבען, װאָלט 
דאָס ארויסגערופען א שטורם פון מאַסען-צאָרן,. עס װאָלט גע- 
ווען א סוף צו זיין פּאָליטישע קאַריערע און עס װאָלט זאָגאר 
געשמעקט מיט אַן ערנסטע געפאַהר פאר זיין לעבען. 


52 


גאָװערנאָר פלייטאָן ראַטעװעט פרענק'ם לעבען און שמעלט 
זיין אייגענעם לעבען אין קאָן. -- שטורעמדיגע סצענעם. 


דינסטאָג פארטאָג, דעם 22טען יוני, 1918, איז אלזאָ געווען 
די צייט װאָס איז באַשטימט געװאָרען פאר פרענק'ס הינריכטונג, 
נאָכדעם װוי אַלע זיינע אַפּילס זיינען דורכגעפאלען. גאַװערנאָר 
סלייטאָן איז מיט זיין באַשלוס פארטיג געווארען מיט דדיי טענ 
פריהער, דאָס הייסט שבת, דעם 19טען. ער האָט אָבער געהאַל- 
טען פאר נויטיג זיין ענטשיידונג צו אַנאָנסירען מיט א פּאֶר טענ 
שפּעטער, | 

זיין ענטשיידונג איז נעווען, אז די טויט-שטראָף זאָל פרענק'ען 
פאַרביטען ווערען אויף לעבענסלעננליכע געפענגניס. 

פון דער אָפיציעלער ערקלערונג וועלכע ער האָט דערנאָך 
ארויסגענעבען איז געװוען לייכט צו זעהן, אז וװען עס װאָלט 
איהם מעגליך געווען, װאָלט ער איהם אין נאַנצען באפרייט; 
װאָרים אין איהר נעפינט זיך אַ באַמערקונג, אַז ער האָפט דאָס 
דער עולם װעט זיך מיט דער צייט אויך איבערצייגען, אז פרענק 








גאָ 





װוערנאָר סלייט 


אִ 


ן 








די פרענק דראַמא 559 


איזן אונשולדיג. ‏ אב דאָס װאָלט מקוים געװאָרען, װאָלט 
פרענק פריהער אָדער שפּעטער באַקומען פאָלשטענדינגע גערעכ- 
טינקייט, 


דער גאַװערנאָר האָט ניט געװאָלט זיין באַננאַדיגונג באקאנט 
מאכען אויפ'ן שטעל, וויי? עס איז געווען א געפאהר אז א מאַב 
זאָל פּרופען זיך אַריינברעכען אין טאַוער אוֹן פרענק'ען 
לינטשען, אָדער דאָס טאָן ווען מען װועט איהם פיהרען פון דאר- 
טען, ער האָט געװאָלט דעם שעריף געבען צייט די בלוט-דורש- 
טינע מאַסע אָפּצונאַרען. 


יענעם זונטאָג (דעם 90טען יוני) האָט פרענק אין טאוער דעם 
גאנצען טאָנ און אווענט פארבראכט צוזאמען מיט זיין פרוי און 
מיט זיינע אַלטע עלטערן, וועלכע זיינען צו איהם געקומען פון 
ברוקלין, די נאַנצע צייט האָבען זיי קיין באַגריף ניט געהאט 
װאָס זיין שיקזא? וועט זיין. ערשט ארום האַלב נאָך עלף בי" 
נאכט האָבען זיי זיך דערוואוסט. 

דער תליון האָט אויך ניט געוואוסט,. אלזאָ, איז ער אָננע- 
נאנגען מִיט זיין ,אַרבייט"; די תליה איז שוין געשטאַנען אויף 
איהר פּלאַץ, און אום צו זיין זיכער אז די שטריק װועט זיין שטאַרק 
גענוג, האָט ער צו איהר צונעבונדען אַ זאַק מיט צוויי הונדערט 
פונט זאַמד,. מיט דער דאָזינער משא איז זי געהאַנגען א גאנצען 
טאָג. זי האָט אויסגעהאלטען די פּראָבע.*) 

שעריף מעננאָם'ען האָט דער נאַװערנאָר זיין באַשלוםס גע- 
לאָזט וויסען זונטאָנ בייטאָג, און ער, דער שעריף, האָט דעם 
סוד פאַרטרויט פאַר זיינע דעפּיוטיס (העלפערם). 

דער שעריף האָט דעם נאַװערנאָר געהאָט פאַרזיכערט, אז ער 
האָט גענוג מענשען און וואַפען דעם טאַוער צו באַשיצען. אָבער 


*) װען עס איז באַקאַנט געװאָרען אַז פרענק'ען װעט די תליה 
פאַר אַ קרבן נוט האָבען, האָט מען אוהר נוט פאַרנאַנדערגענומען. מען 
האָט געהאַט אַן אַנדער אָפּפער פאַר אוהר: אַ נעגער װאָס איז געווען 
פּאַראורטײילט צום מווט פאַר אַ מאָרד. זוון הונרוכטונג אוז געווען 
באַשטימט אויף דעם 16מען יולו. און דאַן האָט מען איהם ווירקליך 
געהאַנגען אויף דער תלוה װואָס און געווען אָנגעגרווט פאַר פרענק'ען. 





200 בלעטער פון מיין לעבען 


ווער קען וויסען ? ניט איין טורמע איז אין דער סאוטה שוין גע- 
שטורעמט געווארען פון א מאַב. 

דער פּלאַן אין דעריבער געווען, אַז מען זאָל פרענק'ען 
ארויספיהרען בשתיסה און איידער די באַגנאַדגונג װעט בא- 
קאנט ווערען. ווען די מאַסע וועט זיך שוין דערוויסען פון דעם 
גאָװערנאָר'ס באשלוס און זי װועט אָנהויבען צו בושעווען, זאָל 
פרענק שוין זיין הינטער די פעסטע ווענט און גראטעס פון דער 
סטייט פּריזאָן (אַ קאטאָרגע געפעננניס ואוו מען האלט פאר- 
משפּט'ע פאַרברעכער), וועלכער געפינט זיך אין א שטעדטעל 
מיט'ן נאָמען מילעדזשוויל, ביי דריי שטונדען רייזע פון אַט- 
לאנטא. דאָרטען האָט פרענק געדארפט פארבלייבען אויפ'ן נאַנ- 
צען לעבען. סיידען מען װועט איהם באפרייען, | 

אַ נאַנצען טאָג, זונטאָג, איז ביי דער טיר פון דעם טאוער 
געשטאַנען א גרופּע רעפּאָרטערס און קאָרעספּאָנדענטען פון פאך- 
שידענע צייטונגען פון אטלאַנטא און פון אנדערע שטעדט. טאַ- 
מער באַקומט שעריף מענגאם אַ טעלעפאָן פון דעם גאָוװער- 
נאָר, װעט זיין ,הייסע שטאָף" פאר די צייטונגען. 

אַ גאַנצען טאָג און א נאַנצען אַװענט, ביז צוויי אָדער דריי - 
פאַרטאָג, זיינען זיי געשטאַנען און געװאַרט. און דערווייל, בשעת 
זיי האָבען די אוינען ניט אראָפּגענומען פון דער הויפּט טיר, 
האָט דער שעריף מיט עטליכע דעפּיוטיס ארום אַ פערטעל צו 
צוועלף פרענק'ען ,אַרויסנע'גנב'עט" דורך אַ זייטינער טיר. 

פרענק'ס פּנים איז געווען כמעט אין גאנצען פאַרדעקט מיט 
אַ פאַטשיילקע, ער זאָל אויסזעהן װי אַ קראַנקער; דער שעריף 
און זיינע אונטער-שעריפס זיינען מיט'ן , חולה? אַריין אין אן 
אמבולאנס, 

אויף דיזען אַרט האָט מען דעם באַננאַדינטען פּריזאַנער 
געבראַכט צו דער סטיישאָן (וואקזאל פון דעם אייזענבאן). די 
גרופּע האָט ניט געצוינען קיין אויפמערקזאַמקייט. קיינער האָט 
ניט חושד געווען ווער דער , חולה" איז. די גרופּע האָט זיך 
אויסגעזעצט אין אַ וואגאָן, ‏ דער צונ איז אָפּנענאַנגען איין מינוט 
נאָך צוועלף. אַ נאַנץ געוועהנליכער , לאָקאַל טריין", װאָס שטעלט 
זיך אֶפּ אויף יעדער סטאַציע. העכער וי צויי שטונדען האָט 


דו פרענק דראַמא 0 1 


ער זיך געשלעפּט איידער ער איז געקומען אין מייקאן, דזשאָר- 
דזשיא,. פון דארטען איז די קאָמפּאַני אװעקגעפאָהרען אין אֶטאָ- 
מאָבילען נאָך מילעדזשוויל, וואס נעפינט זיך איין-און-דרייסיג 
מייל פון מייקאן, 


אין מילעדזשווי? האָט שעריף מענגאם דעם בארימטען פּרײ 
זאָנער איבערגעגעבען צו דעם װאָרדען פון דער סטייט פּריזאן 
און באַקומען פון איהם אַ דעסיט (קװיטאַנציע). ווען ער האָט 
דעם רעסיט אריינגעלייגט אין זיין בוזים-קעשענע האָט ער אֶפֿי 
געאָטעמט גרינגער. ער האָט מודה געווען, אז ער איז די נאנצע 
צייט געווען נערוועז. 


עס איז באזאָרנט געווארען אַ שטאַרקע װאַך ארום דער גע" 
פענגניס, טאָמער פארזאמעלט זיך אַ געפערליכער מאב, 


פרענק האָט יענע נאַבט ניט געשלאָפען. וי עס אין איהם 
געווען אויפ'ן הארצען -- פרייד מיט זיין נערעטעטען לעבען, 
נעמישט מיט ביטערע געפיהלען וװענען דעם סאָרט לעבען וואס 
איהם האָט דאָ ערװאַרטעט און מיט האָפּנונג אויף א פאַלשטענ- 
דיגער אויסלייזונג --- דאָס קען זיך דער לעזער אַליין פאָרשטעלען. 


די נייעס האָט זיך פאַרשפּרײט מאָנטאָנ פאַרטאָג, ‏ און 
באלד איז זי באַשטעטינט געווארען. די מאָרגען-בלעטער וואס 
זיינען ערשינען יענעם מאָנטאָג אין דער פריה האָבען שוין ענט- 
האלטען דעם אָפיציעלען סטייטמענט פון נאַװערנאָר סלײיטאָן. 


גאַניץ פריה, נאָך איידער עס איז געווארען פאָלשטענדיג ליב- 
טיג, האָט זיך אָנגעהויבען צו קלייבען אַן עולם אויף די גאסען. 
מען האָט געכאפּט די צייטוננען אזוי שנעל װוי זיי האָבען זיך 
באַװיזען, עס האָט גענומען קאָכען. צו דער צייט וען די 
שטאָדט איז שוין געגאַנגען צו דער אַרבייט אָדער צוֹ ביזנעס, 
האָט זיך אַ מאַסע פון עטליכע טויזענד צוזאמענגעקליבען ארום 
סיטי האָל (ראַטהױיז) און עס זיינען געהאלטען געווארען פלאַקער- 
דיגע רעדעס. מען האָט אַטאַקירט און נעשימפט דעם גאָװער- 
נאָר, און איינינע פון די שרייערס האָבען אריינגעווארפען א 
פּאָר קללות און סטראשונקעס צו די אידען. 


09 בלעטער פון מוין לעבען 


עס איז אָננעקומען א הינשע מחנה פּאָליסלייט מיט אַ פּאָר 
צענדלינ רייטער צווישען זיי. זיי האָבען אָבער געהאַט אַ באפעהפ 
קיין שטרענגע מיטלען נענען דעם מאַב ניט צו נעברויכען. זיי 
האָבען דורכגעריטען דורך דער געדיכטער מאסע. דאָס איז אָבער 
געווען אלעס. קיין בייז װואָרט האָבען זיי ניט ארויסנערעדט. 

דער צווייטער גרויסער מאס-מיטינג איז אָפּנגעהאלטען געווא- 
רען אין אַ זאַל אין דעם קאורט הויז (די געביידע וואו עס 
נעפינען זיך די געריכטען),. מען האָט נעהאַלטען בלוט-דורשטינע 
דרעדעס גענען דעם נאַװערנאָר און ביים ענד פון דער פארזאמ- 
לונג האָט מען אָנגענומען פארדאמוננס-רעזאָלוציעס געגען איהם, 
אַ מאַסע פון עטליכע טויזענד מענשען האָט דאַן אריבערנעמאר- 
שירט צום קעפּיטאָל (די געביידע פון דער דזשאָרדזשיא סטייט 
רעגירוננ) וואו עס נעפינט זיך אויך די וואוינוננ פון גאַווער- 
נאָר. אָבער סלייטאָן איז שוין דארטען ניט נגעװען 

דאָרטען האָט מען ווידער געהאלטען רעדעס, אויף די טרעפּ 
פון קעפּיטאָל, און אויך אינווייניג אין דעם סענאט זאַל, 

עהנליכע דעמאַנסטראציעס זיינען פאָרגעקומען אין אַנדערע 
טיילען פון דזשאָרדזשיא, מען האָט נעעפענט א סובסקריפּשאָן 
(געלט-זאַמלונג) אויף צו שטעלען א מאָנומענט נאָך מערי פיינען. 

אין מאַריעטטא, די שטעדטעל וואו מערי פיינען איז נעבארען 
געווארען, איז אָפּנעהאלטען נעווארען א ריזינער , צאָרן-מיטיננ", 
וואו מען האָט נעשאָטען שוועבעל און פּעך אויף דעם גאָווער- 
נאָר. און דאן האָט מען נעמאַכט א ריזינע ליאלקע, צונעבונדען 
איהר צו א טעלענגראף קלאָץ, און צו דער פינור האָט מען צונע- 
קלעפט א פּאַפִּיר מיט די ווערטער , דזשאהן מ. סליײיטאָן, דער 
קענינג פון די אידען און דער פאררעטער פון דזשאָרדזשיא". 

שפּעטער האָט מען די פינור פארברענט אויפ'ן פּובליק 
פקווער, 

אין אַנדערע שטעדט האָט מען עהנליכעס געטאָן מיט פ- 
גורען פון סלייטאן און פרענק'ען. 


גאַװערנאָר פלייטאָן איז דאַן שוין געווען אויף זיין זומער 
וואוינונג, א היבשע וועג פון אטלאַנטא. אהין אין נעקומען אֵן 





הענרי א 


+ 


אַלעק 


ז 


אַ 


נדער 








דו פרענק דואַמא 03 


עולם פון אַ פֹּאָר טויזענד מענשען. איידער זיי האָבען דער- 
נרייכט דעם פּלאַץ איז געווארען אװוענט. זיי האָבען גענומען 
שרייען : ,זאָל ארויסקומען דזשאהן מ., פלייטאָן! דער פאַר- 
רעטערישער נאַװערנאָר פון דזשאָרדזשיא זאָל ארויסקומען". 

צווישען די נעמען פון עטליכע מענשען, װאָס זיינען דאַן 
געווען ביים נאַװערנאָר אויף זיין זומערפּלאַץ, האָבען די ציי- 
טונגס-דעפּעשע! אָנגערופען דעם נאָמען פון דעם יוננען אידישען 
לאָיער הענרי אַלעקזאַנדער. 

קיין סאָלדאַטען זיינען דאַן נאָך ארום דעם נאַװערנאָר'ס 
הויז ניט נעווען, דאָך האָט דער מאב ניט געסמייעט צוצונעהן 
נאָהענט. װאָס ווייטער איז דער מאַב געװאָרען דרייסטער און 
ווילדער, אָבער באַלד, ארום עלף אוהר אין אװענט, אין אויף 
אָטאָמאָבילען אָנגעקומען אַ באַטאַליאָן פון דעם פינפטען רעני- 
מענט נעשאָנעל נאַרד (סטייט מיליץ). 

די אָפיצירען האָבען אויסגעשריען צום קראוד: ,מיר גיבען 
אייך פינף מינוט צייט זיך פאַרנאַנדערצונעהן,? אין דעם זעל- 
בען מאָמענט האָבען די סאַלדאַטען גענומען נעהן אויף דעם 
מאַב מיט אויסגעשטעלטע באיאָנעטען. מענשען פון מאַריעטטא 
האָבען געשריען צום עולם, אז מען זאָל זיך ניט אָפּשרעקען און 
זיך לאָזען צום נאַװערנאָר'ס הויז. אָבער די שפּראך פון די 
באַיאָנעטען האָט געהאָט מעהר ווירקוננ. מען איז זיך צולאָפען. 
דאָך, לויפענדיג, האָבען איינינע פון דער מאַסע געווארפען צינעפ 
אויף די סאַלדאַטען, עטליכע סאָלדאַטען זיינען לייכט פארוואונ- 
דעט נעווארען, און איינער פון די אפיצירען אין ערנסט פאר- 
וואונדעט געווארען,. דערפאַר אָבער האָבען די סאָלדאַטען זי 
ערע באַיאָנעטען אַרײינגעשטאָכען אין עטליכע הולינאַנישע קער- 
פּערס,. ביי איין בויאן האָט א סאָלדאָט צושפּאלטען די קאָפּ מיט 
דער ברייטער זייט פון זיין ביקס. 

אָרום צוועלף ביינאכט איז אַלץ נעווארען שטיל. אלס אן 
ענטפער אויף פראנען פון צייטונגס-מענשען, האָט דער נאַװערנאָר 
דאן געזאָגט : 

, זיי מענען מיך צורייסען אויף שטיקער. איך ווייס, אַז איך 
האָם נעטאָן דאָס װאָס איז רעכט. איך וייס, אז איך האָב באַ- 


64 בלעטער פון מוון לעבען 


שיצט די עהרע פון דזשאָרדזשיא. ווען איך װאָלט פרענק'ען נע- 
לאָזען געהאנגען ווערען, װאָלט איך געווען א מערדער. נין, 
איך וויל ניט אַז מיין געוויסען זאָל זיין באַפלעקט מיט בלוט," 

דער נאַװערנאָר האָט ערקלערט סרינס-צושטאַנד אויף אַ שטח 
פון א האלבען מייל ארום זיין זומער וואוינונג. 

א * * 

סאָליסיטאָרזדזשענערא? דאָרסי האָט פארעפענטליכט א 
סטייטמענט, אין וועלכען ער האָט באשולדינט נאַװערנאָר סליי- 
טאָן'ען, אַז ער האָט געשאָנקען פרענק'ען זיין לעבען צוליב דער 
פאַלנענדער אורזאכע: איינער פון פרענק'ס לאִיערס, ראססער, 
איז געווען דעם נאַװערנאָר'ס פּאַרטנער, -- דער הויפּט לאִיער 
פון דער אַהװאָקאַטען פירמע צו וועלכער נאַװערנאָר סלייטאָן 
האָט נעהערט. 

די באַשולדינונג איז געווען אַן אונזין און אלע האָבען דאָס 
געוואוסט, דאָרסי אזוי גוט זוי אנדערע. וען גאַװערנאָר סלוי- 
טאָן װאָלט דאָ נעהאט אין זינען פּערזענליכע אינטערעסען, װאָלט 
זיך איהם טויזענד מאָל מעהרער געלוינט פרענק'ען ניט צו באַ- 
גנאַדינען, מיט דער באַננאַדינוננ פון פרענק'ען האָט ער זיין 
נאנצע קאריערע נעשטעלט אין קאָן,. עס איז לעכערליך זיך אפילן. 
אויף איין מינוט זיך פאָרצושטעלען, אז צוליב א פֹּאָר טויזענד 
דאָלער וואס זיין פּארטנער האָט באַקומען פאר דעם פּראָצעס, 
האָט ער, סלייטאָן, ריזיקירט מיט זיין גאנצער צוקונפט. און ניט 
נאָר מיט זיין צוקונפט, וי דער װאָרט ווערט געוועהנליך גע- 
כרויכט, נאָר כוכשטעבליך מיט זיין לעבען. מיר וועלען באלד 
זעהן פוֹן נאַװערנאָר סלייטאָן'ס ערקלעהרוננ, װוי טיף ער האָט 
געגלויבט אין פרענק'ס אונשולד. דער סטייטמענט, װאָס האָט 
באנלייט זיין באַשלוס צו , קאָממיוטען" פרענק'ס אורטייל, אָטעמט 
מיט איבערציינונג און אויפריכטינקייט. 

גאָװערנאָר סלייטאָן איז ניט געווען קיין ראדיקאל. קין 
פאַרטנעשריטענע נעדאנקען ווענען פּאָליטישע און סאַציאלע פרא- 
גען האָט ער ניט נעהאט. דאָס האָט אָבער ניט צו טאָן מיט זיין 
באַציהונג צו דער פרענק קייס. אין דיזער קייס האָט ער געהאַנ- 
דעלט וי אַ העכסט נאָבעלער מענש. 


די פרענק דרטמא 206 


08 
פלייטאָן ערקלערט פאַרװאָס ער האָט באַגנאַדיגט פרענק'ען. 


צוזאמען מיט סלייטאָן'ס נאַשלוס, אז די טוים שטראָף ווערט 
פרענק'ען פאַרביטען, איז אויך פאַרעפענטליכט געווארען דעם 
גאָװערנאָר'ס אַ סטייטמענט, וואו ער האָט ערקלערט פאר װאָס 
ער האָט אזוי באַשלאָסען. דער סטייטמענט איז געװען א גאנץ 
לאנגער (ער האָט ענטהאלטען עלף טויזענד ווערטער, און אין אַ 
אידישער איכערזעצונג װאָלט דאָס פאַרנומען מעהר). אין די 
גרויסע אַמעריקאנער צייטוננען, איז דער סטייטמענט געווען גע- 
דרוקט כמעט אין נאנצען,. אין דער ;ניו יארק טיימס", צום 
ביישפּיל, האָט ער פארנומען מעהר װי אנדערהאלבען פּיירזשעס 
מיט זעהר געדיכטע שריפט, די ערקלערוננ האָט געמאַכט אַ 
סענסאַציאָנעלען רושם איבער גאַנץ אמעריקא. 


| דער נאַװערנאָר האָט צונלידערט דִי גאַנצע פרענק קייס. ער 
האָט אַרויסגעשטעלט אַלַע וויכטיגע איינצעלהייטען און אייניגע 
פון די קלענערע און ער האָט געוויזען, װי לעכערליך עס איז צו 
גלויבען אַז פרענק איז דער מערדער און ניט איינצוזעהן אז קאָנלי 
| איז דער מערדער. 
איך האָב ערהאלטען העכער װי הונדערט טויזענד בריף", 
--- זאָנט נאַװערנאָר סלײיטאָן אין דער חקדמה צו זיין ערקלערונג. 
--- , זיי זיינען צו מיר געקומען פון פאַרשידענע שטאַאַטען, אַלע 
מיט אַ געבעט אז איך זאָל ניט צולאָזען צו פרענק'ס הינריכטונג. 
פון דזשאָרדזשיא גופא זיינען מיר אויך אָנגעקומען מאסען בריף. 
א סך מיט אן עהנליכען אינהאַלט, אָבער א סך מיט אַ פאדע- 
רונג אז איך זאָל ניט שטערען די דורכפיהרונג פון דעם טויט- 
פּסק". דאָ ברענגט דער נאַװערנאָר אַן אויסצוג פון דער דעקלע- 
ריישאָן אוו אינדעפּענדענס.*) אז ,מען מוז האָבען רעספּעקט צו 
די מיינונגען פון דער מענשהייט". און דאַן זאָגם ער : 


*) די דעקלאָהאַציע פון זעלבסטשטענדיגקייט, דער פּאַפּיר, און. 
וועלכען די דרייצעהן אַמעריקאַנער קאָלאָניעס האַבען זיך ערקלערט 
זעלמסטשטענדיג פון דער ענגלושער העגורונג אין 1776. אין דער גע" 





66 | בלעטער פון מוין לעבען 


,א פך צייטוננען און מאַסען איינצעלנע מענשען האָבען 
שאַרף קריטיקירט אונזער שטאַאט דערפאר װאָס פרענק אין פאַר- 
אורטיילט געווארען צום טויט. זיי האָבען אלע ערקלערט, אז דאָס 
איז נגעװוען דער רעזולטאָט פון אַזאַ צושטאַנד, אז דער מאב 
האָט באַהערשט דעם נגעריכט. זיי גליבען אן עס אין ניט 
באוויזען געווארען דאָס פרענק אין שולדיג. מען דריקט אויס 
די איבערציינוננ, אז דער דזשאָדזש און די דזשורי זיינען ביים 
טרייעל געווען טעראָריזירט פון דעם מאב". 

ער געהט איבער צו דער פראַנע פון אַנטיסעמיטיזם. ער 
ערקלערט, אז אין דזשארדזשיא אין קיין אנטיסעמיטיזם ניטאָ. 

,איין אידישע פאַמיליע אין דזשאָרדזשיא שטאַמט פון די 
ערשטע ווייסע מענשען, װאָס האָבען זיך באַזעצט אין דזשאָך- 
דזשיא בשעת די קאָלאָניע אין גענרינדעט נעווארען. אידען 
זיינען געווען פּרעזידענטען פון אונזער סקול-באָארד (פאַרװאַל- 
טונג פון שולען); אידען זיינען געווען מעיאָרס פון אונזערע 
שטעדט און אידען פאַרנעמען אַ הויכען פּלאַץ אין דער גנע" 
שעפטס-וועלט פון אונזער שטשאט". 

דער נאַװערנאָר נעהט אָן מיט זיין חקדמח נאָך אויף איינינע 
שורות און דאַן קומט ער צו דעם פרענק פּראָצעס. ער פאר- 
נעמט זיך כמעט סיט אַלע באוייזע און אַרנומענטען, מיט 
וועלכע דער לעזער פון דיזען באנד אין באקאנט נעווארען אין 
די פריהערדינע פּייִדזשעס. ער טוט דאָס אָבער אָפט אויף 
אַן ארינינעלען שטיינער, ער זאָנט, צום ביישפּיל: 

קאָנלי האָט פאַר די דעטעקטיווס דערצעהלט, אז אום איינ"/ 
צואוויקלען דעם טויטען קערפּער פון מערי פיינען, האָט ער נע- 
נומען אַ קראָקוס זאַק; אָבער אַ קראָקוס זאַק אין צו קליין 
פאר אַזאַ צוועק. האָט ער דערנאָך נעזאָנט, אז ער האָט מערי'ס 
קערפּער אייננעוויקעלט אין בעד-טיק,. דאָ שטעלט ער די פראַ- 
נע, וועלכע סיר האָבען שוין געשטעלט: וי קומט בעד- טיק 


שיכטע פון דו פֿאַהאוונונטע שמאַטען איז דאָס הער היוליגסטער דאָקו- 
מענט. די דעקלאָראַציע אוט געווען א רעװאָלוצואַנס ערקלערונג צו 
ענגלאַנד. 





די פרענק דראַמא 7 


אין אַ פּענסיל פעסטאָרי? אזעלכעס איז אין דער באַטרעפענ- 
דער פאַבריק קיין מאָל ניט געווען. ער זעצט אָבער פארט אויף 
זיין איינענעם שטיינער: זאָל מען זאָנען, אז ער האָט טאַקע 
גענומען אַ קראָקוס זאַק, וועלכער אין געווען צו שמאָל פאַר 
דעם קערפּער? האָט מען איהם דאָך נעמוזט אויפשניידען 
און דערצו איז נויטיג נעווען ט מעסערל. נו, יאָ, דאָס שטימט 
טאַקע מיט דעם טיפען שניט, װאָס מען האָט געפונען ביי 
מערי'ן אוים'ן קאָפּ, אַ שניט, וועלכער האָט געקענט געמאַכט 
ווערען נאָר מיט אַ שארפען אינסטרומענט אזוי װי א מעסערלפ. 


ריידענדינ ווענען די צוויי , מאָרד צעטעלעך? מאַכט דער 
נאָװוערנאָר די פאָלגענדע באַמערקונג: די צויי צעטעלעך ענט- 
האַלטען 88 ווערטער. קאָנלי האָט געשװאָרען אן ער האָט זיי 
אויפגעשריבען אין צוויי און אַ האלב מינוט. האָט אָבער דער 
דעטעקטיוו סקאָטט אין קאירט עדות געזאָנט, אזן וען ער האָט 
קאָנלי'ן דיקטירט, אום צו זעהן זיין האַנדשריפט, האָט ער 
געשריבען אַזױי לאַננזאַם, אַז אַכט וװערטער האָבען ביי איהם 
געדויערט זעקס מינוט*). 

נאַװערנאָר סלייטאָן שטעלט זיך אֶפּ אויף דער העכסט וויכ- 
טיגער פראַגע וװעגען דעם עלעװייטאָר. אום זיך פּערזענליך 
צו איבערציינען אין דיזען פּונקט, האָט דער נאַװערנאָר דעם 
בייסמענט באזוכט צוויי מאָל, איין מאָל צוזאמען מיט סאָפֿ- 
סיטאָר-:דזשענערא?ל דאָרסי און א פֿאָרשטעהער פון פרענק'ס 
לאִיערס און א צוייטען מאָל צוזאמען סמיט זיין (דעם גאָווער- 
נאָר'ס) סעקרעטער. ביידע מאָל אין דער עלעװייטאָר ארונטער- 
נעקומען מיט אַ קלאַפּ, אָפּזעצענדינ זיך אָן דעם פלאָר פון דעם 
עלעװייטאָר-שעפט. 


*) אין גאַװערנאָר סלווטאָן'ס ערקלערונג שטעהט אַז די צעטעלעך 
ענטהאַלטען 128 ווערטער. איך האָב וועגען דעם ווידערשפּרוך דורך אַ 
בריף אָנגעפרעגט ביו לאָיער אַלעקזאַנדער און זוין אַנטװאָרט אוז געווען: 
,פּשוט אַ טעות אין דרוק. עס אוז אָבער אויך מעגליך אַז דער גאַװוער- 
נאָר האָט געהאַט אין זינען אַ דאָפּעלטע צאָהל וװוערטער, װואָרים און 
איינעם פון זיינע פריהערדיגע סטיויטמענטס האָט קאָנלו געזאָגט אַז פרענק 
האָט געשריבען אָדער דיקטורט פיר צעטעלעך". 





08 בלעטער פון מוון לעבען 


גאַװערנאָר סלייטאָן ווייזט דערביי אָן אויף דעם פאָלגענדען 
װידערשפּרוך צווישען קאָנלי'ס באַהױיפּטונג און דעם אֶפיציע- 
לען באַריכט פון די דעטעקטיווס און פון דעם שטאָדט-דאָקטאָר, 
וועלכע האָבען אין בייסמענט אונטערזוכט דעם טויטען קער- 
פּער. קאָנלי האָט עדות געזאָנט, אַז ווען ער איז מיט'ן עלעויי- 
טאָר אַרונטערגעקומען אין בייסמענט האָט ער דעם מת גענומען 
צו זיך אוים'ן פּלייצע און איהם אַװועקנעטראָגען צו 
דעם ענד פון דעם בייסמענט, ניט וייט פון דער הינטער-טיר. 
די אָפיציעלע אונטערזוכונג האָט אָבער באַװיזען, אז דעם קעה- 
פּער האָט מען גע שלעפּט איבער'ן פּלאָר, וועלכער איז 
געווען פו? מיט קוילען-שטויב און קליינינקע שטיקעלעך קוילען. 
דער פּנים און אַ פוס זיינען געווען צוקראצט און באַדעקט מיט 
שװואַרצע שטויב, און שװאַרצע שטויב האָט זיך אויך געפונען 
אין מוי? און אין נאָזן, 

דער נאַװערנאָר האָט געשאָנקען באַזונדערע אויפמערקזאמ- 
קייט די בריוועלעך װאָס קאָנלי האָט, זיצענדינ אין פּריזאָן, 
געשריבען צו דער נענער-מיידעל ענני מאָאָד קאַרטער. אַז די 
האַנדשריפט איז קאָנלי'ס, דאָס האָט מען נלייך געזעהן. וענען 
דעם, אַז די בריוועלעך זיינען פון קאָנלי'ן, האָט אַלזאָ ניט גע- 
קענט זיין קיין צווייפע?ל, נו, האָט דער נאַװערנאָר אנגעויזען 
אויף אַ נאַנצער רייהע פון אויסדרוקען וועלכע זיי האָבען ענט- 
האלטען. , העכסט אונאַנשטענדיגע הולטאַיסקע ווערטער און 
פראַזען, די אונאנשטענדינסטע און עקעלהאַפטסטע בעליתאוה- 
שע אויסדרוקען װאָס איך האָב ווען עס איז געזעהן", באַמערקט 
דער נאַװערנאָר. ‏ (עס קומט אויס, אז דאָס װאָס קאָנלי האָט זיך 
געמיהט פאָרצושטעלען אלס פרענק'ס כאַראַקטער איז אין אמת'ן 
נאָר זיין אייגענער כאַראַקטער). 

און דער נאַװערנאָר ווייזט, אז די אונאנשטענדינע ווערטער 
פון קאַנלי'ס בריף צו ענני'ן שטימען מיט די מיאוס'ע אויס- 
דרוקען וועלכע נעפינען זיך אין די , מאָרד צעטעלעך". 

דער נאַװערנאָר האָט זיך אויך אָפּנעשטעלט אויף אַנדערע 
אויסדרוקען, ניט אונאַנשטענדינע, וועלכע קאָנלי איז געוואוינט 
געווען צו געברויכען און אויף אנדערע כאַראַקטעריסטישע גע- 


דו פרענק דראַמא 69' 


וואוינהייטען אין זיין ארט ריידען,. ער האָט, צום ביישפּיל, ליב 
אַ געוויסען װאָרט אָדער נעדאַנק צו װידערהאָלען אויף פאַרשידענע 
אופנים, ‏ ווען ער זאָגט ,שטאַרק", װעט ער דערנאָך זאָנען 
,פעסט/, , שטייף", ‏ אין ביידע צעטעלעך געפינען מיר דריי 
מאָל די ווערטער, ,אַ הויכער נענער, א לאַנגער נענער/; און 
עהנליכע ווידערהאָלטע אויסדרוקען זיינען פאַראַן אין דעם 
סטענאַנראַפישען רעקאָרד פון זיין עדות-זאָגען אויפ'ן טרייעל, 

דער סאַָליסיטאָר-דזשענעראל? האָט א סך ועזען געמאַבכט 
פון אַ פּאָר געוויסע ווערטער, וועלכע געפינען זיך אין די מאָרך- 
צעטעלעך, וען קאָנלי רעדט ווענען א נענער, שרייבט ער דאָר- 
טען ;נינראָ", א װואָרט װאָס ווערט נעברויכט פון אינטעלי- 
גענטע מענשען, דער געוועהנליכער שװאַרצער זאָנט ,ניגער", 
ניט ,נינראָ?, נאָך אַ זאַך: דער געוועהנליכער שװאַרצער זאָנט 
;אי דאָן? אַנשטאָט אי דיד" (איך האָב געטאָן). האאַי דיך" 
איז צו גראַמאַטיקאַליש פאַר אַזאַ שרייבער וי קאָנלי,. נו, באַ- 
ווייזט דער נאַװערנאָר, אַז פּונקט אַזעלכע ווערטער וי ;נינרא" 
און , דיד" נעפינען זיך א סך מאָל אין די בריועלעך, װאָס 
קאָנלי האָט געשריבען צו דער שװאַרצער מיידעל קאַרטער ‏ עס 
איז באַוואוסט, אַז נענערס האָבען איבערהויפּט ליב צו געברוי- 
כען ,הויכע? ווערטער, אָפט זאָנאַר אזעלכע, װאָס זיי פארשטע- 
הען אַליין ניט עס אין אלזאָ קיין חידוש ניט, אַזן קאָנלי זאָל 
געברויכען , נינראָ? און , דיד". און דאָס זעהט מען פון זיין 
אַרט ריידען ביים טרייעל אזוי גוט וי פון זיינע בריוועלעך,. אין 
דעם אָפיציעלען סטענאַנראַפישען באַריכט פון קאָנלי'ס עדות- 
זאָנען ביים טרייעל נעפינט זיך דער װאָרט , דיד" פופציג מאָל. 

אויף די אַרנומענטען פון פרענק'ס לאִיערס אין באַצונ צו 
דעם עלעװוייטאָר און די בריוועלעך ואָס די קאַרטער מיידעל 
האָט באַקומען פון קאָנלי'ן, ליינט נאַװערנאָר סלייטאָן פיל נע- 
וויכט. ער זעהט אין זיי אַן איבערציינענדען באַװײיז, אן קאָן- 
לי אַליין האָט נעשריבען די מאָרד-צעטעלעך, אַז פרענק האָט זיי 
איהם ניט דיקטירט. 

אויך ליינט דער נאַװערנאָר א ספך געוויכט אויף דער געשיב- 
יטע מיט די עטליכע האָר, וועלכע דער סאַליסיטאָר-דזשענעראַ? 


50 י בלעטער פון מוון לעבען 


האָט אַרויסגעשטעלט אַלס די האָר פון מערי פיינען. ער דער" 
מאָנט װאָס דר. הערריס האָט געזאָגט ווענען די דאָזיגע האר און 
ער צונלידערט די , בעווייזע" וואס דער סאָליסיטאָרידזשענע- 
ראל?ל האָט געצויגען פון די זאָגענאַנטע בלוט-פלעקען. די דאַָ- 
זיגע דריי פּונקטען -- וועגען דעם עלעװייטאָר, קאָנלי'ם ברי- 
וועלעך צו ענני'ן אוֹן דר. הערריס'עס מיינונג וועגען די זיבען 
האָר --- ענטוויקעלט גאַװערנאָר סלייטאָן מיט אַ פאָלשטענדיגער 
דייטליכקייט. 

גאַװערנאָר סלייטאָן ווידמעט עטליכע צעהנדליג שורות דעם 
באווייז, אז , מאָוד צעטעלע נומער 71 איז געשריבען געווארען 
אויף אַ קאַרבאָן קאָפּיע פון בעקער'ס אַן אַלטען אָרדער (זעה 
אויבען, פּיידזש 499). זיין ערקלעהרונג באַציהט זיך, צוישען 
אַנדערעס, אויף דער נגעדרוקטער טייל פון דעם דאַטום, װאָס גע" 
פינט זיך אויף דעם צעטעלע. דאָס אין געװען ,190". און 
דאָס איז אַ פאַרעלטערטער דאַטום : 

נאַװערנאָר סלייטאָן זאָגט ; 

, בשעת בעקער איז אַװעק פון דער פּענסיל פּעקטאָרי זיינען 
די אָרדער בלאַנקען ,190" שוין נעווען אוױיסגעגאַננען און מען 
האָט געברויכט בלאַנקען, אויף וועלכע עס איז געווען נעדרוקט 
, 191",*) בעקער האָט נאָך דעם מאָרד געמאַכט אַן אַפידייװוים, 


*) אויף אַן אָרדער בלענק זיינען געוועהנליך אָבגעדווקט דו 
ערשטע דריי ציפער פון דעם יאָהר. דעם פערטען שרויבט מען צו. אויף 
דיזען אַרט קען טען די זעלבע בלאַנקען געברויכען מעהר װי אוון 
יאָהר. נאָך ניו ואָהר הויבט מען אָן צושרייבען אַ נייעם ציפער, און 
אפשר האַרף מען אויך ענדערען דעם דריטען פון די געדרוקטע צופער. 
ווען עס איז געדרוקט ,190", למשל, קענען די זעלבע בלאַנקען דאַן 
גילטען פאַר 1905, פאַר 1006, פאַר 1907 א. אַזו. וו. און זאָגאַר פאַר 
1 אָדער 1919. אויב אין 1911, צום בוישפּיל, געהען די בלאַנקען 
אויס און מען באַשטעלט נייע, וװוערט אווף זיו אַנישטאָדט ,190" גע- 
דרוקט ,7191". ווען מען שרייבש צו אוון ציפער װערם דאַן שוין 
1, 1912, 1918 א. ז. װו. 

אונז בליקבט בלווז איבער צו דערמאָנען דעם לעזער אַז די זעלבע 
ציפער וװערען אויך געדרוקט אויף די אונשערשטע בלעטלעך, דאָס 
הייסט אויף די, אווף וועלכע עס צווכענש זיך אָפ דוֹ קוילעןקאַפּיע. 





די פרענק דראַמא 571 


אז פאר זיין אַװעקפאָהרען פון אטלאַנטא האָט ער מיט זיינע 
| איינענע הענט צונויפגעפּאקט אַלע קאַרבאָן-קאָפּיעס פון די אֶר- 
דערס, וועלכע זיינען שוין געווען ערפילט און נוצלאָז, און ער האָט 

זיי אַרונטערגעשיקט אין בייסמענט, אז מען זאָל זיי דאָרטען פאַר" 
ברענען. אויב זיין באַפּעהל איז דורכגעפיהרט געװאָרען, האָט ער 
ניט געוואוסט. 

,אַלס ענטפער אויף דעם האָט דער סאַליסיטאָר:דזשענעראל 
ביי דער עקסטראאָרדינערי מאָושאָן ווענען אַ נייעם טרייעל (פאַר 
דזשאָדזש הילל) פאָרגעלעזען אַן אַפידייױט פון פיליפ טשעמ- 
בערס (אַ באִי, װאָס האָט געאַרבײיט אין פרענק'ס אֶפיס בשעת 
בעקער איז געווען פארבונדען מיט דער פּעקטאָרי),. טשעמבערס 
שווערט, אַז ניט-נעברויכטע אָרדער בלענקס אויף וועלכע עס איז 
געדרוקט ,אַטלאַנטא, דזשאָרדזשיא, 191" האָבען זיך געפונען אין 
אַ צימער נעקסט צו פרענק'ס אָפִּיס און אַז ער, טשעמבערס, 
האָט באַזוכט דעם בייסמענט, און אַז אַלטע ביכער פון בלאַנקען 
אָדער באזונדערע פּאַפּירען זיינען דאָרטען קיין מאָל ניט נעבלי- 
בען לינען. מען האָט זיי פארברענט, 

נאָך דעם, וי דער נאַװערנאָר ברענגט דיזען סטייטמענט 
טשעמבערס'עס, זאָנט ער: 

,דער באוויין אן דער צעטעלע אין געווען געשריבען אויף 
אַ קאַרבאָן-קאָפּיע פון אן אָרדער, אין אַ שטאַרקע באַשטעטי- 
נונג פון דער פארטיידיגונג'ס טעאָריע, אן די מאָרד-דצעטעלעך 
זיינען נעשריבען נעווארען ניט אין פרענק'ס אִפיס, נאָר אין דעם 
בייסמענט, ‏ דאָס ווערט באזונדערס שטארק, ווען מען לייענט 
דעם באריכט פון די פּאָליסלייט װואָס האָבען באַזוכט דעם בייס- 
מענט זונטאָג פריה, נאָך דעם וי עס איז ענטדעקט געווארען דער 
מאָרד. פּאָליס-פאַרדזשענט דאָבבס האָט באַריכטעט: אז דער 
פּעד (פון וועלכען עס איז אפּגעריסען געווארען די בלעטעלע פאַר 
צעטעלע ,נומער 2?) איז געלענען לעבען די צוויי מאָרד-צעטע- 
לעך. זיי זיינען אַלע געלענען ענג צוזאמען. לעבען דעם אֶרט, 
וואו מען האָט געפונען די מיידעלע'ס החוט, איז געווען אַ בארג 
מיסט און דאָרטען איז אויך נעלענען פּאַפּיר און פּענסילס. (און 
עהנליכעס האָט באַריכטעט אַן אַנדער פּאָליסמאן), 


6879 בלעמער פון מיון לעבען 


דאָ ברענגט דער נאַװערנאָר די ווערטער פון דאַרלי -- 
פרענק'ס אַן אסיסטענט ; 

,איך האָב אין בייסמענט געזעהן אַלערלײ פּאַפּירען" --- 
האָט דארלי ערקלערט --- ;אַזאַ סאָרט פּאַפּיר (װוי די קאַרבאָן- 
קאָפּי פון אַן אָרדער) קען מען געפינען איבער דער גאַנצער גע- 
ביידע פון דער פעקטאָרי", און אט אין די אורזאַכע דערפון: 
בשעת מען שרייבט אויס אַן אָרדער, טרעפט אַמאָל, אז אונטען 
לינט די קוילעןפּאַפּיר ניט װי עס בעדארף צו זיין, אָדער אז 
מען ענדערט נאָר דעם אָרדער, דאן װאַרפט מען די קאָפּי אַװעק ; 
מען ליינט אונטער אַן אַנדער קאָפּי און די ערשטע װאַרפט מען 
אַריין אין די מיסט, 

טשעמבערס'עס סטייטמענט לאָזט דער נאַװערנאָר איבער אֶהן 
פּירושים. ‏ ער האַלט איהם ניט פאַר וויכטיג. ‏ ערשטענס זאָגט 
דאָך טשעמבערס, אַז נעקסט צו פרענק'ס אֶפִיס האָבען זיך גע- 
פונען אָרדער בלענקס מיט די ציפער ,191', ניט די אַלטע 
בלאנקען מיט די ציפער ,190", װאָס שטעהען אויף צעטעלע 
נומער 71, און דאָס שטימט מיט דעם, װאָס בעקער האָט גע- 
זאָגט, די בלאַנקען װאָס האָבען זיך דאָרטען געפונען זיינען 
געווען ניט קיין-געברויכטע און דער צעטעלע נומער 1 איז דאָך 
געווען געשריבען אויף א פארשריבענע קאָפּיע. וואס אנבא- 
טרעפט דער פראנע ווענען פארברענען אלטע ביכער און פּאַפּירען, 
האָט טשעמבערס'עס סטייטמענט איבערהויפּט קיין ווערט ניט. אַ 
טייל האָט מען פון צייט צו צייט טאַקע פאַרברענט. אָבער נענוג 
אַלטע פּאַפּירען האָבען זיך אימער געװאַלגערט,. אַלע האָבען דאָך 
עדות געזאָגט, אז אין בייסמענט איז אימער געווען מיסט. וען 
מען װאָלט אַלְץ גלייך פאַרברענט, װאָלט דאָך קיין מיסט ניט 
געווען, און ניט נאָר איינצעלנע פּאַפּירען האָבען זיך דאָרטען גע- 
װאַלגערט, נאָר זאָנאַר נאַנצע פּעדס. אָט האָבען דאָך די דעטעק- 
טיווס דאָרטען נגעפונען אַזעלכע פּאַפּירען און אַזא פּעד. און 
דאַרלי'ס ערקלערונג ווענען די פּאַפּירען װאָס מען קערט אויס אַלס 
אָפּטאַל, מאַכט אַלֵץ דייטליך, 

דאָס וויכטינסטע אָבער, דאָס װאָס דער גאַװערנאָר שטרייכט 
באַזונדערס אונטער, איז דער באַריכט פון פּאָליס:סארדזשענט 


דו פרענק דראַמא 5734 


דאָבבס, אַז דער פּעד איז געלעגען לעבען די צעטעלעך, -- דער 
פּעד, פון וועלכען צעטעלע נומער 2 אין אָפּנעריסען געווארען. 
דאָס באַטראַכט ער אַלס אַן אייזערנעם באוייז אַז צעטעלע נו- 
מער 2 איזן געשריבען געװאָרען אין בייסמענט, לעבען דעם אוי- 
ווען, און דאָס הייסט, אַזן צעטעלע נומער 1 איז אויך דאָ גע- 
שריבען נעווארען, ואָרים ,נומער 2? איז דאָך א פאָרטזעצוננ 
פון , נומער 71 און זיי זיינען אֶהן צווייפעל געשריבען געווארען 
אין איינעם, מיט דעם זעלבען פּענסי? און אויף דעם זעלבען 
פּלאַץ, 

ריידענדיג וועגען דער הינטער טיר פון דעם בייסמענט, בא- 
מערקט דער גאַװערנאָר: , דורך דיזער טיר פלעגט קאָנלי אַרויס- 
געהן פון דער פעקטאָרי, כדי אויסצומיידען די ארבייטער וועמען 
ער איז שולדינ געווען נעלט". 

דאָס איז, ערשטענס, א שטריך פון קאָנלי'ס כאַראַקטער; 
צווייטענס, אַן אָנדייטונג, אַז ער פלענט שטענדיג באָרגען אויף צו 
שיכור'ען און, דריטענס, א באַווייז, אַז דורכצונעהן דורך דיזער 
הינטער טיר איז ביי איהם ניט געװען קיין נאָווינע (און דער 
מערדער איז דאָך נאָכ'ן מאָרד דורכנענאַננען דורך דיזער 
הינטער-טיר, װואָרים מען האָט איהר דאָך געפונען אָפען און דעם 
פאַררוקער אָפּנעבראָכען). 

דער נאַװערנאָר שילדערט װוי מערי פיינען איז נענאננען צו- 
ריק פון פרענק'ס אִפיס מיט דאָס ביסע? וויידזשעס װאָס זי האָט 
פון איהם באַקומען, ער באַוייזט אז זי האָט נע מוזט פאַר- 
ביינעהן פארביי קאָנלי'ן, װאָרים ער איז געזעסען אין זיין דונ- 
קעלען פארבאָרנענעם פּלאַץ לעבען די טרעפּ פון וועלכע זי איז 
אַרונטערגעקומען, אויסמיידען איהם װאָלט איהר אונמענליך נע- 
ווען,. פון דעם נאַװערנאָר'ס שילדערוננ שטעלט זיך דער לעזער 
שוין אַליין פאָר די שרעקליכע סצענע, וואס דאָרטען איז דאַן פאר- 
געקומען, 

איינע פון די שטאַרקסטע שטעלען אין נאָװערנאָר סלייטאָן'ס 
ערקלערונג באַשטעהט פון עטליכע שורות, וואו עס וװערט אָנ- 
נעוויזען װוי אזוי די צייטוננס-באַריכטען האָבען פאַרניפטעט די 
מוחות נעגען פרענק'ען. מען האָט, צום ביישפּיל, געלייענט אַן 


574 בלעמער פון טיין לעבען 


פרענק האָט דער מיידעלע געמאַכט אן אונאַנשטענדיגען פאָרשלאנ, 
אַז זי האָט איהם ענטזאנט, און אז דערפאר האָט ער איהר ער" 
מאָרדעט, מען קען זיך לייכט פאָרשטעלען װי ווילד דער עולם 
איז געווארען דאָס לעזענדיג. 
64 
,דזשאָדזש ראָון'ס שטימע פון יענער וועלט". 


די וויכטינסטע און איינדרוקפולסטע טייל פון נאַװערנאָר 
סלייטאָן'ס ערקלערונג איז די וואו ער רעדט וװעגען דעם ריכ" 
טער 5. ס. ראָון וועלכער האָט געפירט פרענק'ס טרייעל, און 
וועלכער איז איצט שוין נגעווען טויט. עס איז איבעריג צו זא- 
נען, אַן עד שטעלט זיך אֶפּ אויף דעם פאקט, דאָס דזשאָדזש 
ראָון האָט אַליין געצווייפעלט אין פרענק'ס שולד. ער זאָגט אַז 
דזשאָדזש ראָון האָט פאַלש פארשטאַנען זיינע פליכטען און 
רעכטען. ער האָט געמיינט, אז דאָס װאָס ער אליין צווייפעלט 
אין פרענק'ס שולד איז ניט וויכטיג; אז וויכטיג אין נאָר דאָס 
װאָס די דזשורי איז איבערציינט, אַז ער איז שולדיג; אוֹן דאָס 
אין א נאַנץ פאַלשער בענריף פון דעם געזעץ. 

דאָרסי אַליין האָט די גאַנצע קייס, װאָס ער האָט צוזאמענגע- 
שטעלט גענען פרענק'ען, כאַראַקטעריזירט אלס א קייס וועלכע איז 
געבויט אויף , סוירקאָמסטענשעל עווידענס" (ניט קיין דירעקטע 
באַווייזע נאָר אינדירעסטע, זייטינע פאַקטען פון וועלכע מען 
דרינגט אז דער אָנגעקלאָנטער אין באַנאַנגען דעם פארברעכען). 
נו, זאָגט דאָס געזעץ פון דזשאָרדזשיא, אז אויב אין אַ קייס פון 
, סוירקאָמסטענשע? עווידענס" קומט די דזשורי אַריין מיט אַ 
װוערדיקט , שולדיג", און דער דזשאָדזש גלויבט, אַז די באַװײיזע 
זיינען ניט איבערצייגענד, האָט דער דזשאָדזש דאָס רעכט, דעם 
װוערדיקט צו באזייטינען און צו באַשטימען א נייעם טרייעל. 

אַזא פאַל איז אין דזשאָרדזשיא פאָרגעקומען מיט אַ געוויסער 
צייט צוריק. ‏ א ריכטער מיט'ן נאַמען טהאָמאַס סיממאָנס האָט 
צוריקנעוויזען אַ װוערדיקט אין אַ פּראָצעס, וואו עס האָט זיך גע" 
האנדעלט וענען נעלט. דערביי האָט ער נגעמאַכט א באַמער"- 
קונג, אן -- 


דו פרענק דראַמא 18 


,אין דעם שטאַאָט דזשאָרדזשיא פאָדערט זיך אז דרייצעהן 
מענשען זאָלען איינפאַרשטאַנען זיין איידער מען קען ביי אימי- 
צען אוועקנעמען זיין אייגענטום"?. דאָס הייסט ניט נאָר די צוועלף 
דזשוראָרס, נאָר דער דזשאָדזש אויך. היינט אויב דאָס איז אַזוי 
ווען עס האַנדעלט זיך נאָר ווענען נעלט, מון דאָך דער דאָזינער 
כלל אודאי אָפּנעהיט ווערען ווען עס האַנדעלט זיך וועגען צו- 
נעמען ביי א מענשען זיין לעבען. 

אלזאָ, זאָנט נאַװוערנאָר סלייטאָן, אז דזשאָדזש ראָוֹן האָט 
בעדארפט דעם װוערדיקט באַזייטינען און אז ער האָט דאָס טאקע 
געװאָלט באַזייטיגען. ער האָט געוואוסט, אז פרענק דארף האָבען 
א נייעם טרייעל, 

,אָבער די אויפנערענטע מאסע האָט ספיט איהרע נעשרייען 
ארום קאורט ביי איהם דעם מוט צונענומען. פילייכט האָט ער 
גענלויבט, אז דער העכערער געריכט װועט פרענק'ען סיי וי סיי 
נעבען א נייעם טרייעל". 

,דזשאָדזש ראָון איז קראַנק געווארען", -- האָט דער נאָווער- 
נאָר פאַרטגעזעצט --- , און ווען עס איז נעקומען די צייט, ווען 
ער האָט גענלויבט, אז ער וועט אפשר מוזען פאָרקומען פאר אַ 
העכערען ריכטער, פאר נאָט, האָט זיין נעוויסען איהם גענומען 
פּלאנען און ער האָט אויפנעשריבען דעם בריף צו די לְאִיערס. 
פון דעם דאָזינען בריף זעהען מיר, אז ער האָט זיך געקליבען צו 
ערשיינען פאַר דער פּריזאָן קאָמישאָן און בעטען, אַז מען זאָל 
פרענק'ען באַננאָדינען. ער האָט אָבער ניט דערלעבט דאָס צו 
טאָן, און איצט הער איך זיין שטימע פון יענער וועלט, אז איך 
זאָל טאָן דאָס, װאָס ער האָט נעדארפט טאָן, 

,איך קען פארטראָנען אז מען זאָל מיינע וװוערטער פאַלש 
אויסטייטשען --- זאָגט דער נאַװערנאָר ווייטער -- איך קען פאןר- 
טראָנען פארדאמוננ און שימפעריי די שטענדינע אנוועזענהייט 
פון א געוויסען װאָס זאָל מיך באַשולדינען, דאָס קען איך ניט 
פארטראָנען, 

,דיזע קייס איז פול מיט צייכענס פון צווייפע?: דער טרייעפ 
דזשאָדזש האָט געצווייפעלט, צוויי דזשאָדזשעס פון דעם סופּרים 
קאורט פון דזשאָרדזשיא האָבען געצווייפעלט, צוויי דזשארזשעס 


56 בלעטער פון מוין לעבען 


פון דעם סופּרים קאורט אֶוו די יונייטעד סטייטס האָבען געצוויי- 
פעלט, און איין מיטנליד פון דעם פּריזאָן קאָמישאן האָט גע- 
צווייפעלט". 


5 


דער איינדרוק װאָס גאָװערנאָר סלײיטאָן'ס באַשלום האָט 
געמאַכט אין לאַנד. --- לואים מאַרשאַל'ס סטייטמענט 
אין דער פּרעסע. 


די פּרעסע פון נאַנץ אמעריקא אויסער דער סאוטה האָט 
נאַװערנאָר'ס סלייטאָן'ס באַשלוס באַגריסט מיט אויסדרוקען פון 
דער העכסטער צופרידענהייט און מיט ווארעמע קאָמפּלימענטען. 
דערביי איזן אַרױסגעזאָנט געווארען א האָפנונג, אזן פרענק װעט 
ענדליך ווערען אין נאַנצען פריי, און אפילו אין דער סאוטה, 
און זאָנאר אין דזשאָרדזשיא, האָט אויך א היבשע צאָל פון די 
צייטונגען ווענען נאַװערנאָר סלייטאָן'ס שריט גערעדט אין א טאָן 
פון ווארימע צופרידענהייט. 

אז אידען האָבען זיך נעפרעהט, איז איבריג צו זאנען. אמע- 
דיקאנער צייטונגען האָבען נעשיקט רעפּאָרטערס צו לואיס מאר- 
שאל'ן נאָך אן אינטערוויו וועגען דעם ענין, און ער האָט זיי נע- 
געבען א לאַנגען סטייטמענט. מיט װערטער פון פרייד האָט ער 
גערעדט ווענען טרענק'ס רעטוננ, און נאָװערנאָר סלײיטאָן'ען האָט. 
ער ווארעם באַגריספט פאר זיין בראווען טאַט. ער האָט אויך גע- 
רעדט ווענען די אַרנומענטען און דער שלוס-רעדע פון סאָליסי- 
טאָר-:דזשענערא? דאָרסי, וועלכער האָט ביי דער דזשורי באַקן- 
מען דעם װערדיקט , שולדיג?. װענען די ,באַװייזע" גנענען 
פרענק'ען האָט ער גערעדט מיט ערביטערונג און שפּאָט, 


50 


מען רופט צו אַ באַָיקאָט אויף אידען. -- איין איד ווערט 
פאַרוואונדעט.---ענד פון סלייטאָן'ס מטערמין אַלס גאַָװערנאָר. 
| אויף מאָרגען נאָך דעם וי דער נאַװערנאָר האָט באַננאַדיגפ 
ארענק'ען, האָט זיך אין מאַריעטטא אָנגעפאנגען אַ באַװענונג צו 


די פרענק דראַמא 5117 


באיקאָטירען די אידען, אין דער פריה, ווען מען אין אויפנע- 
שטאַנען פון שלאָף, האָט מען אויף אידישע הייזער און סטאָרס 
געפונען אױיסגעקלעפּט װאַרנונגען, אז זייערע באַלעבאַטים זאָלען 
ניט סמייען צו פיהרען נעשעפטען אין מאריעטטא. און אין 
אטלאנטא האָט מען צווישען קריסטען פאַרטיילט באִיקאָט קאַרט- 
לעך,. אויף די דאָזיגע קארטלעך אין ניט געזאָגט געווארען אָפען 
אז מען מיינט אידען. עס איז אָבער נעווען דייטליך גענוג. 


,טראָג דיזע קאַרטלעך אין פּאקעט" --- איז דאָרטען נגעשטאַ- 
נען, , איידער דו קויפסט עפּעס, באַטראַכט, צי די געלט וואס 
דו וועסט אויסנעבען, װועט ניט נעהן אויף אונטערצוקויפען א 
גאַװערנאָר, איצט איז די צייט צו ווייזען אז אין דיינע אָדערען 
פליסט אמת'ע אַמעריקאנער בלוט. צי דען קענסטו ניט קויפען 
דיינע קליידער און אַנדערע ארטיקלען ביי אמעריקאנער? טו 
דיין פליכט !" 

אין מאַריעטטא, אין מיטען נאַכט, איז א גרופּע פארמאס- 
קירטע הולינאַנעס באַפאַלען א אידישע הויז און האָט אַרויסנע- 
שלעפּט פון בעט א אידען מיט'ן נאָמען י. ראָזענטאָל, שלעפּענדיג 

און שלאָנענדינ איהם האָבען זיי געשריען : 

,קיין איינצינער איד טאָר ניט בלייבען אין מאַריעטטא !" 

ראַזענטאַלען האָט מען נענומען אין האַספּיטא? אין א באַ- 
וואוסטלאָזען צושטאַנד, | 


דזשאהן מ. סלייטאָן'ס טערמין אלס נאַװערנאָר האָט זיך 
געענדיגט שבת, דעם 26טען יוני, פיר טענ נאָך דעם וי ער האָט 
באַגנאַדינט פרענק'ען,. צו דער צערעמאָניע, בשעת ער װועט אי- 
בערנעבען זיין אמט צו דעם נייעם נאַװערנאָר, איז זיך צונוים- 
געפאהרען א נרויסער עולם פון אלע טיילען פון דעם סטייט. 
אַלע האָבען פאַרשטאַנען, אַז מען מיינט ניט די צערעמאָניע, נאָר 
אַ פּלאַן צו מאַכען סלייטאָן'ען א סקאנדאל?ל און אפשר פּשוט 
א בלוטינען איבערפאַל. עס זיינען אָבער אָננענרייט נגעווארען 
צוויי רענימענטען פון דער מיליציע. און אַלץ אין אָפּנענאננעז 
רוהיג. 


8 | בלעטער פֿון מיון לעבען 


57 
טאַם װאַטסאָן. -- אַן אַרעסטאַנט פֿאַרוואונדעט פרענק'ען. 


דער טעטינסטער און ניפטינסטער אַניטאַטאָר װאָס האָט גע- 
פאָדערט פרענק'ס הינריכטונג איז נעווען טאַם װאַטסאָן, אַ פלאַם- 
פייערדינער דעמאנאָג, וועלכער האָט געשפּילט א ראָלע כלומר'שט 
אלס ראַדיקאל און פריינט פון די מאַסען, און איז אלס אזעלכער 
געווען באקאנט איבער גאַנץ אמעריקא, 


וואטפאָן איז געווען א פעהינער מענש, א נוטער שרייבער 
און רעדנער. זיינע דריי דיקע בענדער --- איין באַנד ווענען די 
וויכטינסטע פּאַסירונגען אין דער נעשיכטע פון פראַנקרייך פאר 
דער רעװאָלוציע, אַ צוייטער -- אַ נעשיכטע פון דער פראַנ- 
צויזישער רעװאָלוציע, און אַ דריטער --- 8 נעשיכטע פון נאַפּאָ- 
לעאָן דעם 1טען --- זיינען די בעסטע פּאָפּולערע ווערק וואס זיי- 
נען איבער דיזע ענינים געשויבען געווארען אין אמעריקא. 


צו פּראטעסט-באַװענוננען און אַטאַקעס האָט ער ווארשיינ- 
ליך נעהאַט אַ ניינונג פון דער נאַטור. דאָס האָט געשטימט 
מיט זיין פייערדינען טעמפּעראַמענט. ער איז אָבער פון דער 
נאַטור אויך נעווען אַ געװיסענלאָזער דעמאנאָג. ווען עס האָט 
זיך געהאַנדעלט ווענען זיינע פּערזענליכע אינטערעסען, האָט ער 
זיך ניט אָפּנעשטעלט פאר קיינע מיטלען. אין פּאַליטיקס אין 
ער צונעשטאַנען צו דער פּיפּעלס פּאַרטײ און אויף איהר טיקעט 
איז ער ערוועהלט געװאָרען אַלס איינער פון די צוויי יונייטער 
סטייטס סענאַטאָרען פון דזשאָרדזשיאַ. 


ער האָט אַרױיסנענעבען א װאָכענבלאָט מיט'ן נאָמען , דהי 
דזשעפערסאָניען", זי האָט ניט נעהאָט קיין גרויסען ערטאָלג. 
האָט ער דערפיהלט, אַז צו אַניטירען גענען פרענק'ען און פאָ- 
דערען זיין הינריכטוננ איז אַ נוטער סמיטעל צו געווינען לעזער. 
דיזען מיטע? האָט ער אָנגענומען און ער האָט זיך ניט גענאַרט : 
די סוירקיוליישאָן פון דעם װאָכענשריפט האָט גענומען וואקסען 
װי אויף הייווען. דאַן האָט ער אין זיינע אונמענשליכע אַטאַ- 
קעס אויף פרענק'ען און אויף נאַװערנאָר סלייטאלען (פֿאַרװאָס 


די פרענק דראַמא 9 


ער האָט פרענק'ען געלאָזט לעבען) אריינגענעבען נאָך מעהר די- 
נאַמיט. יעדע שורה זיינע האָט נעפלאקערט מיט בלוט:דורשט. 
וועגען גאַװערנאָר סלייטאָן האָט ער נעשריבען אן ער האָט 
פרענק'ס טויט אורטייל באַזייטינט, ווייל? ער האָט געהאַט א פּער- 
זענליכען אינטערעס דערביי, און פרענק'ען האָט ער ניט גאר 
געשמוצט אֵלס אן אונמאָראַלישען מענשען און א מערדער, נאָר 
אויך אלס א קאַפּיטאליסט. זיין ,ראַדיקאליזם" און ,פריינד- 
שאַפט צו די מאסען" האָט אין באַצוג צו דער פרענק געשיכטע 
אָנגענומען אַ מאָדנע פאָרמע. אנשטאָט צו שרייען, אז אין דער 
פּענטיל פעקטאָרי האָט נעבעך נעמוזט ארבייטען א ,פּריצישע 
טאָכטער/, אן ,אייניקע?ל פון שקלאַפען איינענטימער", וי טוי- 
זענטער ווייסע האָבען זיך אויסגעדריקט אין זייערע , יחסני'שע" 
הערצער, האָט דיזער דורכגעטריבענער דעמאגאָג, אין איינקלאַנג 
מיט זיין כלומר'שטדינער פריינדשאַפט צו ארעמע לייט, געגאָסען 
קראָקאָדילען טרערען אויף דער פערצען יארינער מיידעלע, װועל- 
כע האָט געמוזט פּראַצעװען ביי דעם ,, אידישען עקספּלואַטאַטאָר". 


װאַטסאָן האָט נאַטירליך געוואוסט, אז די פּענסיל פעקטאָרי 
געהערט גאר צו פרענק'ס אָנקעל און זיין פּארטנער. ער האָט 
געוואוסט, אז פרענק'ס געהאַלט אין בלוין פערצינ דאַלאר א 
װאָך, אז שערס (אַקציעס) האָט ער אין דער פעקטאָרי זעהר 
ווייניג, און זיין איינקונפט פון זיי איז א נישטינער. ער האָט 
געוואוסט, אז פאַר די פערציג דאָלאר האָט ער געארבייט וי 
יעדער לוין ארבייטער, ער האָט זיך אָבער געמאכט ניט וויסענ- 
דיג, 


ער איז געווען אַ ברענענדינער סאַציאליסטען-פרעסער, דיזער 
דעמאנאָג. דאָך האָט ער אין זיין אנטי-פרענק אַניטאַציע אריין- 
געבראכט דעם סאַציאליסטישען קלאסען-קאמף. ער האָט גע- 
פיהלט אן דאָס איז עפעקטנע מאַטעריא? צו זיין שוועבע?-און- 
פּעך גיסעריי אויף פרענק'ען. און אין דעם דאָזינען קלאסען- 
אַפּיל האָט ער ארייננעגעבען א שטאַרקע פּאָרציע עקעלהאפטען 
אַנטיסעמיטיזם. אידען זיינען נאָר פעהיג צו מאַכען נעפּט, צו 
באַראַבעװען ארבייטער ; זיי זיינען א קאָרופּטע פאָלק, און פרענק, 


500 בלעטער פון מוין לעבען 


דער אידישער עקספּלואַטאַטאָר, פרענק, דער אידישער הולטאַי, 
האָט צוליב זיין עקעלהאַפטער תאוה ערמאָרדעט די מיידעלע, 
וועלכע האָט ביי איהם נעבאך נעשקלאפט... אט אין דיזען זין 
האָט ער געשריבען זיינע שווארץ-מאח-ארטיקלען, װי מען װאָלט 
דאָס דאַן אָנגערופען אין רוסלאַנד, און די סוירקוליישאָן פון 
זיין װאָכען-שריפט איז געוואקסען און געוואקסען. 


איינער פון װאַטסאָן'ס אַרגומענטען איז געווען, אַז די סאוטה 
האָט צאַרטע נעמיהלען צו דער פרוי, אז פרענק'ס מאָרד איז א 
דאָפּעלטער מאָרד,. אט איז איינע פון זיינע טענות ווערטערליך, 
װי ער האָט דאָס געשריבען: 

, דיזער שמוצינער אוננאַטירליך הולטאַיסקער ניו יארקער 
איד האָט אונזער מיידעלע פאַרפאָלנט, איהר געבראַכט צו אַן 
עקעלהאַפטען טויט און אין אַ בלוטינען קבר". 

פרענק איזן שוין נעזעסען אין דעם סטייט פּריזאָן אויפ'ן 
גאנצען לעבען, האָט װאַטסאָן, דאכט זיך, שוֹין באדארפט בא" 
רוהינען זיך, אָבער זיין סױירקוליישאָן-אפּעטיט האָט זיך ניט 
באַרוהיגט װאָס מעהר לעזער ער האָט געקראָגען, אלץ ווילדער 
זיינען נעווארען די אַטאַקעס װאָס ער האָט געמאַכט אויף זיין 
קרבן. | 

װאַטסאָן'ס אַניטאציע האָט געבראכט בלוטיגע רעזולטאַטען. 
דער ערשטער פון זיי איז באַשטאַנען אין פאָלנענרען : 


א מערדער מיט'ן נאָמען קרין, וועלכער אין געווען פֿאַר- 
אורטיילט אויף לעבענסלעננליכע געפענגניס, און איז געזעסען 
מיט פרענק'ען אין איין פּריזאָן, האָט איהם מיט אַ האַסימעפער 
איינגעשניטען אין האַלז, דערביי האָט דער ,קאַװאַלערישער" 
הולינאן פרענק'ען געשימפט און געשאָלטען פארװאָס ער האָט 
ערמאָרדעט אַ פרוי (דער האַקימעסער העלד אַליין האָט גע'הרג'עט 
אַ מאַנסביל?),. ער איז זיין הולינאַנישען טאָט באַנאַנגען אונטער 
דעם איינפלוס פון וואטסאָן'ס אניטאציע. 


פרענק איז באַנאָסען נעווארען מיט בלוט, און עטליכע ווא- 
כען איז ער אָפּגעלעגען אין דעם פּריזאָן האָספּיטאַל, אוים'ן 
שוועל פון טויט. ער אין אָבער ענדליך אַרױיס פוֹן געפאהר 


די פרענק דראַמא | 41 + 


8ס 
אַ טראנישער סות. 


עס זיינען אוועק נאָך איינינע וואכען, עס איז געווען אין 
מיטען אוגוסט, 1019. איך און מיין פרוי זיינען געווען אויף 
אונזער וואקיישאָן. אין אַ נאָכמיטאג, דעם 16טען אוגוסט, זיי- 
נען מיר געפאַהרען אויף א טריין דורך די ,ווייסע" בערג, אין 
נִיו העמשיר, אויף א געוויסער סטיישאָן זיינען מיר אַרױס פון 
אונזער וואגאָן זיך דורכצושפּאַצירען אויף דער פּלאַטפאָרמע. 
ווען מיר האָבען זיך נעקליבען צוריקצוגעהן אין וואגאָן, האָבען 
מיר פון ווייטען דערזעהן אז מען פארקויפט עקסטראם פון נאָב- 
מיטאג צייטונגען. מיין פרוי איז צוגעלאַפען צו דעם פּעדלער און 
אין איילעניש געקויפט א פּאָר, 

מיר האָבען זיך אומגעקערט אין אונזער וואגאָן, 

--- וועגען װאָס איז די עקסטרא 1 -- האָב איך געפרעגט. 

--- ס'איז גאָרניט --- האָט זי געענטפערט, צונויפלייגענדינ 
די בלעטער אזוי אן די גרויסע , קעפּ? זיינען אויסגעסומען אינ- 
ווייניג, 

איך האָב חושד געווען, אז ס'איז עפּעס אן אונאנגענעמע 
נייעס. זי האָט דאָס צוערשט געלייקענט. אָבער ענדליך האָט 
זי מיך נעלאָזט זעהן די פּראָנט פּיידזש. 

, ליא פרענק געקידנעפּט? איז געשטאַנען מיט די גרעסטע 
בוכשטאַבען, | 

אונטען איזן געווען געמעלדעט, אז מענשען מיט מאַסקעס 
אויף די געזיכטען האָבען אריינגעדרונגען אין דער מילעדזשוויפ 
טורמע, און איהם פון דאָרטען אַוװעקנעפיהרט. מעהר איינצעל- 
הייטען איז פאָרלויפינ נים געווען. מען האָט זיך אָבער נעסענט 
פאָרשטעלען וואס דאָס באַדיײיט. מיר האָבען זיך נעפיהלט שרעק- 
ליך. עס האָט זיך געװאָלט זעהן מיט אידען, און ריידען ווענען 
דער שוידערליכער נייעס. אויף אַ ווייטערע סטיישאָן האָב איך 
אויף דער פּלאטפאָרמע דערזעהן דר. נאָטהײל, א סימפּאַטישער 
יהורי, א נעבילדעטער מאַן און אידעאַליסט, וועלכער איז געווען 
טעטיג אין דער הענרי דזשאַרדזש באַװעגונג. מיר זיינען געווען 


289 בלעמער פון מיין לעבען 


באקאנט; האָב איך זיך צו איהם צוגעכאַפּט. ער האָט אויך 
נעלעזען די עקסטרא. ער האָט אָבער וועגען דער טראגעריע ניט 
נעוואוסט מעהר וי מיר. 

מיר האָבען זיך קוים דערװאַרט אויף מאָרגען. דאַן האָבען 
די מאָרנען-צייטונגען ענטהאַלטען א פּאָר נייע איינצעלהייטען. 

אייניגע מינוטען נאָך צוועלף ביינאַכט זיינען אין דעם פּריזאָן 
אַריינגעקומען פינף-און-צװאַנציג מאַן, יעדער מיט אַ מאַסקע 
אויפ'ן פּנים און יעדער באוואפענט. פינף פון זיי האָבען מיט 
פּיסטאָלעטען אין די הענט אַרומגערינגעלט דעם סופּעראינטענ- 
דענט, און אַנדערע פינף האָבען דאָס זעלבע געטאָן מיט דעם 
הױפּט פון די וועכטער. די איבריגע פופצעהן האָבען מיט געווער 
ביינעקומען אַלַּע וועכטער. דאַן זיינען זיי אַריין אין דעם האָס" 
פּיטאל, וואו עס האָט זיך געפונען פרענק, און אַ האַלב נאַקעטען, 
אין אַ קורצע אונטער-העמדעל, האָבען זיי איהם אַרױסגעטראָגען 
און אַריינגעזעצט אין אַן אָטאָמאָביל. דער אִָטאָמאָביל האָט זיך 
| מיט אימפּעט אַװעקגעלאָזען צו צפון צו און איז באַלד פאַרשוואונ- 

דען געװאָרען. 

מעהר האָט מען יענעם פריהמאָרגען ניט געקענט ויסען. 
עטליכע שטונדען שפּעטער איזן געקומען די פאָלגענדע דעפּעשע:. 

אַרום אַכט אין דער פריה, נאָך דער נאַכט, ווען מען האָט 
פרענק'ען אַװעקנעשלעפּט פון דער טורמע, האָט מען זיין טויטען 
קערפּער געפונען הענגענדיג אויף אַ צווייג פון אַ דעמבע בוים, 
ביי אַ ברעג פון אַ וועלדע?, לעבען דעם שייער פון אַ פאַרם. 
אַרום דעם בוים האָט זיך גלייך אַרומגעקליבען אַן עולם פון אַרו" 
מינע פאַרמערס. זיי זיינען געשטאַנען און געקוקט וי דער קער- 
פּער ווינט זיך אויפ'ן װינט; געקוקט און געשאָלטען דעם טויטען. 

דער פּלאַץ וואו די סצענע איז פאָרגעקומען איז געווען ביי 
הונדערט מייל (עטליכע און ניינציג װיאָרסט) פון דער טורמע, 
אָבער ניט ווייט פון מאַריעטטא, די שטעדטעל, וואו עס אין גע- 
באָרען געווארען מערי פייגען, און וואו עס האָט נאָך דאַן גע" 
וואוינט איהר באָבע (זעה פּיידזש 364). 

אַלץ װאָס די אַמעריקאַנער צייטונגען האָבען װען עס איז 
אויסגעפונען איז, אַז די לינטשערס זיינען אַלע געווען פון דיזער, 


דו פרענק דראַמא 588 


שטעדטעל, זיי האָבען זייער קרבן געװאָלט העננען לעבען דעם 
געבורטס-אָרט פוֹן דער ערמאַרדעטער מיידעלע. דעריבער האָבען 
זיי איהם נעבראַכט צו יענעם וועלדעל, 

ווען דער אונשולדיגער, סימפּאַטישער יוננער מאַן איז שוין 
געווען טוים, האָבען זיינע מערדער אָפּנעריסען די אַרבע?ל פון 
זיין העמד און יעדער פון זיי האָט זיך גענומען אַ שטיקעל צום 
אנדענקען. דאַן זיינען זיי אַװעק, איבערלאָזענדיג דעם קערפּער 
אַ הענגענדינען. 

אַרום די אויגען אין נגעווען אַרומגעבונדען אַ וייסע פאַ- 
טשיילקע ; די הענט זיינען געווען צוזאַמענגעבונדען; די שטריק 
איז געווען פאַרצוינען אַרום האַלז, עטוואס העכער פון דעם אָרט 
וואו דער אַרעסטאַנט קרין האָט מיט איינינע װאָכען פריהער 
פרענק'ען איינגעשניטען מיט'ן האַק-מעסער,. די אונטערשטע טייל 
פון דעם קערפּער איז נעווען איינגעוויקעלט אין אַ זאַק, און דער 
זאַק איז געווען אַרומנעבונדען מיט אַ שטריק, אָבער די פאַר- 
מערס װאָס האָבען זיך פֿאַרזאַמעלט אַרום דער תליה און דעם 
הענגענדיגען מת, האָבען די שטריק צושניטען און יעדער האָט 
זיך גענומען א טייל, אַלס אַן אָנדענקען און אַ סגולה צו לאַננע 
יאָהר. 

ווען מען האָט ענטדעקט דעם קערפּער, אין נאָך געווען נאַנץ 
פריה. דאָך האָט זיך אַרום דעם בוים נלייך אַרומגעקליבען אַ 
היבשע צאָהל? מענשען, און דער עולם אין שנעל געוואקסען. 
צווישען די פאַרזאַמעלטע זיינען געווען פרויען מיט בייביס אין 
די הענט. איינינע פון זיי האָבען דעם געהאנגענעם ניט נעקענט 
צוזעהן, עס איז געווען שרעקליך אֶנצוקוקען. אנדערע וידער 
האָכען זיך צונערוקט ואָס נעהענטער, אום איהם נוט צו בע- 
אָבאַכטען, 

דער קראוד איז מיט יעדער מינוט נעווארען אלס גרעסער., 
פון דער שטעדטעל מאריעטטא איז קינד און קייט געקומען זעהן 
פרענק'ס קערפּער און פון די אַרומינע שטעדטלעך אויך. די 
נאַכריכט האָט זיך פאַרשפּרײט װי א בליץ, און פון איבעראַל 
איז מען נעפלוינען צו דעם שייער וואו די לינטשערס האָבען אִפּ- 
געטאָן זייער מחבל'שע אַרבייט. איבער די וװענען האָבען זיך 


504 בלעטער פון מוון לעבען 


געצוינען שורות פון אַטאָמאָבילען, בייסיקעלס, װאָגענס און פוס" 
געהער. 

דער החמון איז מיט יעדער מינוט געװאָרען אלץ וילדער. 
הױפּטזעכליך האָט זיך אויסגעצייכענט איינער פון די נאָר ערשטע, 
װאָס זיינען געקומען צולויפען פון מאריעטטא, אֶהן אַ ראָק און 
אֶהן אַ העט איז ער געשטאַנען, געפאָכט מיט די הענט און נע- 
האַלטען אין איין זידלען און שילטען דעם טויטען, זיינען געשרייען 
און שימף-ווערטער האָבען געווירקט אויף די אַנדערע, און פילע 
פון זיינע צוהערער האָבען זיינע אויסרופען נאָכגעזאָנט, וי מען 
זאָנט נאָך אַ תפילה נאָך אַ גלח. 

,אויף שטיקער וועלען מיר דיך צורייסען! -- האָט ער 
געגװואַלדעװעט --- מיר וועלען ניט דערלאָזען אז מען זאָל אויף 
דיין קבר א מצבח שטעלען! עס װעט ניט זיין אויף װאָס צו 
שטעלען,. קיין נאנצער ביין װעט ניט בלייבען אין דיין קערפּער, 
קיין ברעקע? פלייש וועלען מיר פון דיר ניט איבערלאָזען, אפילו 
ניט וי אַ צינאַר די גרויס". 

,יא, וי אַ צינאַר!? --- האָט דער מאַב נאָכגעזאָגט, שטו- 
פּענדיג זיך אַלְץ נעהנטער צו דעם בוים, 

נאָך אַ פֹּאֶר מינוט און מען װאָלט דעם קערפּער ווירקליך 
צוריסען אויף שטיקער, נאָר איינער פון די וואס זיינען געשטאַ- 
נען דערביי, אַ געוועזענער ריכטער, האָט זיי אָפּגעהאלטען דער- 
פון,. ער האָט אַפּעלירט צו זיי ניט צו פארשוועכען דעם מת. 
צוערשט האָבען זיינע רייד נעווירקט. ווען מען האָט אָבער דעם 
קערפּער אַראָפּגענומען פוֹן בוים, איז צונעלאָפען איינער פון 
דעם מאב און מיט זיין שטיווע? האָט ער מיט אַלע כוחות גע- 
נומען טרעטען אויף דעם טויטען, ביז ער האָט דעם פּנים אין 
נאַנצען צוקװואַשעט, 

דעם צוטראַָטענעם מת האָט מען אַװעקנעפיהרט קיין אט- 
לאנטא. | 
+* * * 

מיסעס פרענק האָט דעם קערפּער נעבראַכט קיין ברוקלין. 
דאָרטען האָט מען איהם מקבר געווען אויף א אידישער סעמע- 
טערי (בית-הקברות). דערביי זיינען אנוועזענד געווען בלויז 


די פרענק דראַמא. 585 


ליאָ פרענק'ס מוטער, זיין פרוי און נאָך א פַּאָר נאָהענטע קרובים, 
אַלץ אין פאָרגעקומען אין מיטען נאַכט און אין געהיים, כדי 
אויסצומיידען א דעמאַנסטראציע. ווען מען װאָלט געוואוסט 
ווען און וואו די לעצטע צערעמאָניע וװועט פאָרקומען, װאָלט 
געקומען אַן עולם פון צענדלינע טויזענדער אידען. 

פון דער סעמעטערי איז מיסעס פרענק און איהר שוינער 
אוועק אין 192 אָנדערהי? עוועניו, ברוקלין. דאָרטען האָט גע- 
וואוינט די אַלטע פַּאֶר פאָלק, די י עלטערען פון דעם אוננליקליבען 
ליאָ מ, פרענק, 

* * * 

ווער די מערדער זיינען געווען אין קיין מאָל ניט ענטדעקט 
נעווארען, חגם גאנץ מאַריעטטא האָט גוט נעוואוסט יעדען פון די 
פינף-און-צוואנציג לינטשערס. זיי זיינען געװוען בעקאנטע מענ- 
שען אין דער שטעדטעל, און ניט נאָר האָבען די אַנדערע איינוואוי- 
נער פון מאַריעטטאָ זיי ניט אַרױיסנענעבען, נאָר זיי זיינען באַרייט 
געווען זיי צו באַשיצען מיט געווער אין פאַל אימיצער זאָל זיך 
פּרופען נעמען פאַר זיי. 

*+ * * 

טאַם װאַטסאָן האָט די לינטשעריי אַפּלאָדירט. טיט אֶנצו- 
הערעניש אויף דעם , אידישען פאָנד" האָט ער געשריבען: 

,די אידען פון אטלאנטא, ניו יארק און שיקאנאָ האָבען 
ניט דערלאָזען אז זייער פרענק זאָל געהאננען ווערען , געזעצליך". 
אלזאָ, איז קיין אַנדערע ברירה ניט געווען, װי איהם צו פּטר'ען 
אויף אַן אַנדער אופן", 


89 
צו שפּעם. 


דריי ואַכען נאָך דעם װי די לינטשערס האָבען ערמאָרדעט 
פרענק'ען, דעם 12טען סעפּטעמבער, האָט דער ,אָנאָסטא קראָ- 
ניקעל?", אַ צייטונג וואס איז ערשינען אין אָנאָסטא, דזשאָרדזשיא, 
ענטהאלטען אַ סענסאציאנעלען ארטיקעל וועגען דעם טרויעריגען 
שיקזאל פון דעם ברוקלינער יוננען מאן. דער ארטיקעל האָט 
געטראָנען דעם אונטערשריפט פון טהאָמאַס לאילעסס, דעם רע- 


56 | בלעטער פון מוון לעבען 


דאקטאָר, און זיין אינהאַלט איז געווען אַ שאַרפע אַטאַקע אויף 
די לינטשערס און אויף די װאָס האָבען זיי אויפגעהעצט צו 
זייער אַזיאַטישען טאַט,. הויפּטזעכליך האָט לאִילעסס אַטאַקירט 
טאַם װאַטסאָן'ען פאַר דער אַניטאַציע וואס ער האָט אָנגעפיהרט 
אין זיין , דזשעפּערסאָניען? געגען פרענק'ען און געגען סליו- 
טאָן'ען. 

דער אַרטיקעל? האָט פאַרנומען דריי קאָלומנס. 


,מיין אויפנאַבכע איז אַרונטערצורייסען די מאסקע פון טאָ- 
מאָס װאַטסאָן'ען --- האָט לאִילֶעסס געשריבען --- איך װעל באַ- 
ווייזען, אז דער געוועזענער נאַװערנאָר, דזשאהן מ. סלײיטאָן*) 
האָט ריכטיג געהאַנדעלט, וװוען ער האָט פרענק'ס טױיט-שטראָף 
פארביטען אויף לעבענסלענגליכע געפענגנים", 


ווייטער האָט ער געזאָגט, אַז ער וייס װי וואטסאָן װעט 
איהם אַטאַקירען, באשמוצען און פארפאָלנען,. אָבער אן ,אי" 
מיצער מוז דאָך דאָס טאָן, אַז ניט װועט װאַטסאָן ווייטער העצען 
צו אומרוהען און מאָרד, ! 

,איך בין גוט באקאנט מיט דער גאַנצער קייס, מיט אלע 
איינצעלהייטען, --- זאָנט לאִילעסס ווייטער, --- אויך איז מיר גוט 
באקאנט װאַטסאָן'ס פאַרנאַנגענהייט". 

ער ווייזט װוי װאַטסאָן זוכט אימער א געלעגענהייט אֶנצוֹ" 
פיהרען סענסאַציאַנעלע אַטאַקעס אויף אימיצען, כדי צו פאַרי 
נדעסערען די צירקולאַציע פון זיין , דזשעפּערסאָניען" און אַז די 
פרענק קייס האָט ער אױפנעכאַפּט װי אן אוצר און ער האָט 
פון איהר געשלאָגען קאַפּיטא? פאַר זיין װאָכענבלאַט. 

ער דערמאַנט אַז דער ,דזשעפּערסאָניען", וועלכער אין 
פריהער נעווען אַן ארעמע בלעטעל, מיט קאַרנע עטליכע טויזענד 
אַבאָנענטען, האָט דורך זיין ווילדע אַניטאַציע געגען פרענק'ען 
זיך אַרױפגעאַרבײט אויף עטליכע און אכציג טויזענד אַבאָנענטען, 
אַזױ אַז װאַטסאָן ציהט שוין פון זיין העצע-בלאַט אן איינקונפט 
פון פופצעהן הונדערט דאַלאר א וואך. 


יי דער גאַװערנאָר טעהמין איז געווען נאָר אויף אוין ואַהר און 
סליימאָן'ס אַמט איז דאָך שוין געווען געענדיגט. 





די פרענק דראַמא 61 


לאָילעסס דערמאָנט די מאַסע בירגער פון דזשאָרדזשיאַ, אי- 
בער צעהן טויזענד, װאָס האָבען נעבעטען נאַװערנאָר סלייטאָן'ען 
צו באַזייטיגען פרענק'ס טױטישטראָףּ און ער דרוקט איבער 
אייניגע בריף וואס וויכטיגע פּערזאָנען האָבען געשריבען צום נאָ- 
װערנאָר, אויפווייזענדיג אז פרענק האָט ניט געהאַט קיין ריכטינען 
טרייעל. איין בריף אזעלכער אין געװען פון לאִיער ברוסטער, 
דאָרסי'ס אַ לאָאָ פּאַרטנער (ער האָט געהאַט צויי פּאַרטנערס, 
איינער אין געווען אַ איד, װי אויבען איזן שוין דערמאַנט נע- 
ווארען. ברוסטער איז געווען אַ קריסט), אין זיין בריף צום 
גאַװערנאָר ערקלערט ברוסטער, אז פרענק'ס טרייע? איז ניט געווען 
קיין אומפּאַרטייאישער, אז די באַװוייזע נעגען איהם זיינען געווען 
צו שװאַך און אז מען טאָר איהם ניט הינריכטען. אן עהנליכען 
בריף האָט לאָילעסס געבראַכט פון דזשאָדזש פּאַרדי, וועלכער האָט 
אויך דעם נאַװערנאָר געבעטען פאַר פרענק'ען. 

באַזונדערס אינטערעסאַנט איז די טייל פון לאָיעלסס'עס 
אַרטיקעל, וועלכער האָט זיך באַצױינען אויף אַ בריף װאָס נאַ- 
װוערנאָר סלייטאָן האָט ערהאַלטען פון דעם ברודער פון דזשאָדזש 
ראָון, דער ריכטער וועלכער האָט געפיהרט פרענק'ס טרייע? און 
איהר פאַראורטיילט צום טויט. ער האָט אויך געבעטען דעם גאַ- 
וװוערנאָר ניט צוצולאָזען אַז מען זאָל פרענק'ען הינריכטען. 

דעם דאָזיגען בריף האָט דזשאָדזש ראָון געשריבען סראנ- 
קערהייט, און בשעת נאַװערנאָר סלייטאָן האָט לייכטער נעמאַכט 
פרענק'ס פּסק, אין דזשאָדזש ראָון שוין געווען טויט. עס איז 
דייטליך געווען, אז זיין נעוויסען האָט איהם געפּלאנט און פיה" 
לענדיג זיך אליין ביים ענד פון זיין לעבען, האָט ער געזוכט 
זיין געוויסען צו פארנרינגערען, 

װואַטסאָן --- אַזױ וי דאָרסי --- האָט דערנאָך נעשריהען, 
אַז ראָון'ס בריף אין אַ געפעלשטער. דיזע העצע האָט לֹאָו- 
לעטס מיט ענטריסטונג פארדאַמט אין זיין אַרטיקע? פון דעם 
2טען סעפּטעמבער, און ער האָט געבראכט סטייטמענטס פון 
מענשען װאָס זיינען געווען דערביי, ווען דזשאָדזש ראון האָט 
דיקטירט דעם בריף און איהם אונטערגעשריבען. 

מערקווירדיג אינטערעסאנט איז אויך דער פאָלנענדער פאקט, 


88 בלעמער פון מיין לעבען 


וועלכען לאילעסס האָט אונטערנעשטראכען אין זיין ארטיקעל: 
דזשאָדזש בען הילל, דער ריכטער, וועלכער האָט פאַרנומען 
דזשאָדזש ראָון'ס פּלאַץ און וועלכער האָט אויך ענטזאנט פרענק'ם 
ביטע וועגען א נייעם טרייע? און האָט באַשטימט אַ נייעם טאָג 
ווען מען זאָל איהם הענגען -- ער האָט אויך דערנאָך געבעטען 
גאָװערנאָר סלײיטאָן'ען צו לאָזען פרענק'ען לעבען. - 


צווישען די פּראָמינענטע פרויען פון דזשאָרדזשיא װאָס האָ- 
בען געפאָדערט אז מען זאָל פרענק'ען ניט הענגען איז געוען 
מיסעס קאָננעלי פון אטלאנטא. אזוי האָט אין זיין ארטיקעל 
דערמאַנט לאִילעסס, און דערביי האָט ער אנגעוויזען אז זי אין א 
שוועסטער פון דעם געוועזענעם נאַװערנאָר בראון, וועלכער האָט 
געפאָדערט, אז פרענק'ס טויט זאָל יאָ דורכגעפיהרט ווערען. 


כאַראַקטעריסטיש איז אַ געוויסער פאַקט, וועלכען דער רע- 
דאקטאָר לֿאִילעסט האָט אָנגענעבען אַלס אַ באַװייז אז טאַם 
וואטסאָן איז אין זיין אַניטאַציע ניט אויפריכטיג. וי מיר האָ- 
בען שוין אָננעדייט, האָט טאם וואטסאָן אין זיינע דעמאנאַנישע 
אַרטיקלען נעשפּילט אויף דעם לאָקאַלען פּאַטריאָטיזם פון דער 
סאוטה, אויף דעם שטאָלץ מיט וועלכען איהרע ווייסע בירנער ריידען 
זוענען זייער קאַװאַלערישקײיט און צערטליכקייט צו דער פרוי. נו, 
האָט מר, לאִילעסס דערצעחלט, אז מיט אַ געוויסער צייט פריהער 
האָט דער זעלבער טאַם װאַטסאָן ביי אַ פריהערדינען נאַװערנאָר 
געבעטען, ער זאָל שענקען דעם לעבען אַ מערדער װאָס זיין קרבן 
איז אויך געווען א פרוי,. יענער מערדער איז געווען װאַטסאָן'ס 
אַ פּערזענליכער פריינט, אלזאָ, האָט ער דאן ווענען דאַמען רעכט 
פארנעסען. איצט אָבער, אז די דאַמען רעכט קומט איהם צוניץ 
צו סוירקוליישאָן, האָט ער נעפלאַקערט פארװאָס מען האָט 
פרענק'ען ניט געהאַננען. 


אין מאַריעטטא איז פאר א פרעמדען מענשען דאן געווען 
א סכנה צו געהן איבער'ן גאס. טויזענדער אוינען האָבען איהם 
באַקוקט מיט פאַרדאַכט,. טאָמער איז דאָס אַ דעטעקטיוו וואס זוכט 
די װאָס האָבען געהאננען פרענק'ען. איינענטליך האָט די באַ- 


די פרענק דראַמא 580 


פעלקערונג ניט נגעהאט פאַר וועמען מורא צו האָבען, װאָרים די 
פּאַליציי פון זייער שטעדטע? און פון דעם גאַנצען געגענד ארום 
האָבען סימפּאַטיזירט מיט איחר, - | 


דער מעיאר פון אטלאנטא האָט זיך דאן געפונען אין סאן 
פראנציסקא, וואו ער האָט באזוכט אן אויסשטעלונג, און דאָך- 
טען, פאר רעפּאָרטערס, האָט ער געמאַכט א סטטייטמענט אין 
וועלכען ער האָט נוטנעהייסען די לינטשעריי פון ליאָ פרענק, 


60 
קאַװאַליערען. 


פרענק'ס חתונח-רינג האָט אימיצער דערנאָך איבערנעגעבען 
צו א שרייבער פון אַן אַטלאַנטער צייטונג, וועלכער האָט נע- 
וואוינט אין מאריעטטא, א נעהיימניספולער שליח -- קענטיג 
איינער פון די לינטשערס -- האָט דעם רינג אַרייננגעבראכט צו 
דעם זשורנאליסט אין שטוב. ער האָט דאָס איהם דערלאַנגט 
צוזאַמען מיט א צעטעלע, וואו עס איז נעשטאַנען דאָס פאָלענדע : 


פרענק'ס לעצטער וואונש, ווען ער האָט געזעהן דעם טויט 
פאַר די אוינען, איז געווען, אַז זיין חתונח רינג זאָל מען איבער- 
נעבען זיין פרוי, זייט אזוי גוט און זעהט, אז דיזער וואונש 
זיינער זאָל ערפילט ווערען. דיזען צעטעלע װועט אייך איבערגע- 
בען אַ מאַן, וועלכען איהר קענט ניט און וועלכער קען אייך ניט, 
איהר זאָלט ניט פּרופען דערגעהן ווער דיזער מאן איז. פארניכ- 
טעט דיזען צעטעלע נלייך, וי איהר װועט איהם איבערלעזען. מיר 
ערווארטען, אז איהר זאָלט אַזױױי טאָן". 


ביי דעם אֶנהוֹיב פוֹן דער ,פרענק דראמא", דארטען וואן 
מיר האָבען גערעדט ווענען דעם פּריצישען יחוס פון די סאָדער- 
נערס, האָבען מיר געזאָנט, אז זיי האַלטען שטארק פון ריטערליכע 
עהרען-נעפיה? און פון דאַמען-דעכט. אין דיזען ריטערליכען 
נייסט האָבען די מערדער דאָס ערפילט פרענק'ס לעצטען וואונש. 
זיי האָבען דאָס אֶהן צווייפע? בעטראכט פאַר א פיין שטיקעל 
קאַװאַלערישע קולטור פון זייער זייט. 


00 | בלעטער פון טוין לעבען 
41. 
אין דעם אידישען ;יאָהר בוך". 


אין דעם ,דזשואיש יאיר בוק" -- אַן אַמעריקאנער יאָהר- 
בוך, וועלכער איז געווידמעט צו פּאַסירונגען אין דעם אי- 
דישען לעבען אין די פאראיינינטע שטאַאַטען און אַנדערע לענ- 
דער, איז די פרענק קייס סיין מאָל ניט דערמאַנט געווארען. 

די רעדאקציע האָט די קייס בעטראכט פון דעם זעלבען 
שטאַנדפּונקט װי פרענק: זי איז געווען איבערציינט, אז אריין- 
רעכנען איהר צווישען די פּראָצעסען װאָס זיינען געגרינדעט אויף 
אנטיסעמיטיזם קען מען ניט. וען, פאָדערענדיג פרענק'ס בלוט, 
האָבען דעמאגנאָנען און דער מאב פרענק'ען געשימפט אלס איך 
און עס זיינען זאָנאר נעמאַכט געווארען פּראָבעס אויף אַ באִיקאָט 
גענען אלע אידען און סטראַשונקעס ווענען אַ פּאָנראָם, אין דאָס 
געווען בלויז א זייטינער אינצידענט, וועלכער איז ארויסנעוואק- 
סען דערנאָך --- אזוי האָט מסתמא אַרנומענטירט די רעדאקציע 
פון דעם ,יאהר בוך". 

לואיס מארשאַ? איז געווען דער פאָרזיצער פון דער דזשואיש 
פּאָבליקיישאָן סאָסייעטי, די געזעלשאַפט װאָס גיט אַװוױס דעם 
,דזשואיש יאיר בוק", 


62 
מים פופצעהן יאהר שפּעמער. 


מיט זעקס טענ איידער דיזע שורות זיינען נעשריבען גנע- 
ווארען, דעם 91טען יולי, 1920, האָט דער פפאָרווערטס" גע- 
דרוקט אַ מעלדונג פון אטלאַנטא, וועלכע האָט אין זיך געהאַט 
אַן אָפּקלאַנג פון דער פרענק טראַנעדיע. דער געוועזענער נאָ- 
װוערנאָר פון דזשאָרדזשיא, דזשאַהן מ. סלייטאָן, וועלכער איז 
די נאַנצע פופצעהן יֹאֶהר געווען צוריקנעצוינען און זיך ניט באַ- 
טיילינט אין דעם פּאָליטישען לעבען, האָט איצט געמאַכט אַ פּראָ- 
בע ווידער אַרויסצוטרעטען אַלס קאַנדידאַט אויף א ויכטינען 
אמט -- נעמליך אויף מיטנליד פון דזשאָרדזשיא אין דעם 
סענאָט פון די פאראיינינטע שטטשטען. די ערשטע דריי פיר 


די פרענק דראַמא 01 


יאָהר נאָך דעם, וי ער האָט באַננאַדינט פרענק'ען, האָט ער זאַ- 
גאר אויסגעמידען צו ווייזען זיך אוים'ן נאַס. זיין לעבען איז 
נעווען אין געפאהר, פון מישען זיך אין עפענטליכע ענינים 
האָט קיין רייד ניט געקענט זיין. 

איצט, אלזאָ, ווען עס זיינען שוין פאָריבער פופצעהן יאָהר, 
האָט ער געפּרופט זיך ווידער בעווייזען אויף דעם פעלד פון פֹּאַ- 
ליטישע אַמביציעס, 

פון פארשידענע טיילען פון דעם שטאַט האָט מען איהם 
דאַן אויפגעפאָדערט ער זאָל ערקלערען פאַר װאָס ער האָט באַ- 
גנאַדיגט פרענק'ען. אויף דעם האָט ער געענטפערט מיט א רעדע 
אויף דער ראַדיא, 

,איך האָב בלויז ערפילט מיין פליכט --- האָט ער געזאָגט --- 
די פליכט וועלכע די קאָנסטיטוציע און די געזעצען פון אונזער 
שטאַאַט האָבען אַרויפנעלענט אויף מיר איך האָב געהאַנדעלט 
לויט מיין ערליכער מיינוננ; וען איך װאָלט ניט אַזױ נע- 
האַנדעלט, װאָלט איך ניט נעקענט אויפהאלטען מיין זעלבסט- 
רעספּעקט און װאָלט ניט נעהאט קיין רעכט אויף דעם רעספּעקט 
פון אַנדערע. 

,דער דזשאָדזש, װאָס האָט געפיהרט פרענק'ס טרייעל, האָט 
מיר רעקאָמענדירט דעם טויט-אורטייל צו פאַרבייטען אויף גע- 
פענגניס, אויף דעם גרונד דאָס ער אַלֵיין האָט געצוייפעלט אז 
פרענק איז שולדיג. איך האָב קיין רעכט ניט געהאָט אויף זיך 
צו נעמען אַ ראָלע, וואס געהערט נאָר צו נאָט אַלֵיין ; איך מיין 
די ראָלע אריינצוקוקען אין האַרצען פון אַ מענשען, וועלכער 
האָט זיך מודה געווען, אַז ער איז א פילפאכער פיננער, און צו 
באַשטימען ווען ער האָט געזאָגט לינען און ווען ער האָט געזאַנט 
אמת. איך ווייס ניט פון אַזאַ קייס, וואו אירנענד וועלכע רע- 
גירונג האָט אויף זיך גענומען די פאַראַנטװאַרטליכקײיט פאר דער 
הינריכטונג פון אַ מענשען, ווען דער טרייעל?ל דזשאָדזש בעט אז 
מען זאָל איהם לאָזען לעבען. 

דער וועג פון פליכט איז ניט אימער א לייכטער וועג. ווען 
איך װאָלט נעפאָלגט די, װאָס האָבען מיר נעראָטען צו שפּילען 
פּאַליטיקס אין דיזער פראנע, וואו דער לעבען פון א מענשען איז 


509 בלעטער פון מיין לעבען 


געלענען אויפ'ן װאָנישאָל, װאָלט איך אויסגעמידען בייזע גע- 
פיהלען און בלבולים. אָבער דאַן װאָלט איך ניט ווערט געווען 
צו שטעהן פאַר אייך איך װאָלט ניט געקענט אייך קוקען 
נלייך אין די אוינען מיט אַ דוהינען געוויסען, װי איך טו דאָס 
איצט. 

, צווישען פרענק'ען דעם ווייסען מענשען, אין וועמעס שולד 
איך האָב שטאַרק געצווייפעלט, און קאָנלי'ן, דעם נגעגער, וועמעס 
שולד עס האָט אויף מיר נעמאַכט א טיפען איינדרוק, האָב איך 
נענומען פרענק'ס צד, און איך האָט איחם געשיקט אין געפענגניס 
אוים'ן נאַנצען לעבען. 

,אָט דאָס איז די פרענק קיים". 

הערריס, סלײיטאָן'ס גענע-קאַנדידאַט אויף סענאַטאָר, האָט 
איהם אַטאַקירט מיט פייערדיגע רעדעס, אַלץ ווענען דער , חוצפּה" 
װאָס ער האָט געהאָט אין 1918 צו שענקען פרענק'ען דעם לע- 
בען. ער האָט געוואוסט אז דאָס איז די בעסטע קאמפּיין שטאָף 
אין אטלאנטא. 

סלייטאָן האָט ניט געהאט קיין שום אויסזיכטען, און דער ענד" 
ליכער רעזולטאַט האָט דאָס באַשטעטיגט. ער האָט באַקומען 46 
טויזענד שטימען און זיין נעגנער, 102 טויזענר שטימען, -- 
דריייאון-אַדהאַלב מאָל מעהרער=). 


*) דאָס איז ניט געװען ביי די װאַהלען גופא, נאָר ביי די 
,פּרוומעריס", וואו די בירגער וואומען צו באַשטימען ווער עס זאָל 
זיין דער קאַנדידאַט. אין דער סאַוטה זיינען אָבער די ,פרוומעריס" 
איוגענטלוך די ענדליכע װאַהלען. פון די צויי גרויסע אַמעריקאַנער 
פּאַרמיוען, די רעפּובליקאַנישע און די דעמאָקראַטישע, האָט דו ערשטע 
דאָרטען ניט קיין שום מאַכט. (דאָס איז דו פּאַרטוו פון פּרעזידענט 
לינקאָלן, זועלכער האָט אין די זעכציגער יאָהרען געפיהרט די מלחמה 
געגען דער סאַוטה און האָט אָפּגעשאַפט איהר נעגער שקלאַפעריי). בלויז 
די דעמאָקראַטען האָבען דאָרטען אַ ממשות. דער, אַלזאָ, װאָס ווערט ביו 
דו פריימעריס אויסגעקליבען אַלס דער דעמאָקראַטישער קאַנדידאַט, איז 
זיכער מיט אַ זיג ביי די ענדליכע װואַהלען; װאָרים דער רעפּובליקאַ- 
נישער קאַנדידאַט קען ציהען גאַנץ װייניג שטימען. די לעצמע צייט 
הויבען זיך אָן צו באַווייזען אויסנאַהמען. אין אַלגעמיין אָבער און 
דער כלל נאָך אַלץ אַ בלל. 





דו פרענק דראַמא 08 


ביי די מאַסען פון דזשאָרדזשיא האָט סלייטאָן'ם בראַווער 
מאָט איהם אויף אייביג אונפּאָפּולער געמאכט. זיין פּאַליטישע 
קאַריערע איז, װי עס שיינט, געשלאָסען. 

אַװעקמאַכען מיט'ן האַנט די 46 טויזענד בירגער וואס האָבען 
געשטימט פאַר סלייטאָן'ען קען מען אָבער ניט. מען דאַרף נים 
פאַרגעסען, אז דאָס אין די סאוטה, דער געגענד וואו מים אַ 
יאָהר פריהער (אין דעם שטאַאַט אַלאַבאַמא, נעקסט צו דושאָר- 
דזשיא) האָט מען א שול-לעהרער פאַראורטיילט אלס א פאר- 
ברעכער דערפאר, וואס ער האָט אין זיין קלאָס ערקלערט די 
אַפּיקורסישע" דאַרװין טעאָריע. וען מען האָט אין זינען 
אזעלבע זאכען, זיינען די 46 טויזענד פּערזאָן, וואס האָבען געהאַם 
נגענוג אינטעליגענץ און מוט צו שטימען פאר סלייטאָן'ען, א 
גאנץ שעהנע מינאָריטעט. 


8 


פּרענק'ם אלמנה. --- אַנדערע פּערזאָנען פון דער פרענק 
דראמע. 


װאָס אין מיט פרענק'ס אלמנה, די שעהנע סימפּאַטישע 
פרוי, וועלכע איך פלעג געפינען לעבען איהם אין זיין סעל, יע" 
דעס מאָל ווען איך האָב איהם באזוכט ? 


ווען דיזע ווערטער וװוערען געשריבען, פיהרט זי א שטילען, 
צוריקגעצויגענעם לעבען. זי וואוינט אין אַטלאַנטא, װי אימער, 
און זי אין פאַרבונדען מיט אַ געשעפט, וועלכער געהערט צו 
איהרען אַ נאַהענטען קרוב. אזוי מאַכט זי א לעבען. 

זי האָט ניט געהייראַט. דער אָנדענקען פון איהר הייס גע" 
ליבטען ליא איז היילינ ביי איהר. 

| אַז דזשאָדזש ראָון, פרענק'ס טרייעל ריכטער, איז געשטאר- 
בצען אַ קורצע צייט נאָך דעם טרייע?, ווייס שוין דער לעזער. 
ער האָט זיין לעבען געענדיגט אין בוירקשיר, מאַסאַטשוזעטם, 
וואוהין ער איז געפאָהרען זיך אֶפּרוהען, אין געוויסע קרייזען איז 
פאַרשפּרײיט א מיינונג, אז זיין טויט איז, טיילוייז וייניגס- 
טענס, געווען אַ דעזולטאַט פון שווערע געוויסענסביסע, װאָס ער 


54 - בלעטער פון מיין לעבען 


האָט געהאַט, פאר װאָס ער האָם פרענק'ען פאַראורטיילט צום 
טויט, 

אין א קורצער צייט אָרום אין אויך געשטאָרבען פרענס'ס 
לאָיער, ראָססער, סלייטאָן'ס געוועזענער פּאַרטנער, אַ פארבין- 
דונג וועלכע דאָרסי און טאַם װאַטסאָן האָבען ארויסגעשטעלט 
אַלס די אורזאכע פארװאָס סלייטאָן האָט פרענק'ען באַננאַדיגט, 
די אָנשטרענגונג פון דעם טרייעל און די אפּילס האָבען צו שווער 
געווירקט אויף זיין געזונט. 

דאָרסי'ן האָט מען נאָכ'ן טרייע? באַלױנט מיט אַ קאַנד- 
דאַטור און ערוועהלונג אויף סלייטאָן'ס פּלאַץ אלס גאַװערנאָר 
פון דזשאָרדזשיא. געוועהנליך װערט א נאַװערנאָר דארטען ער- 
וועהלט אויף א צווייטען טערמין. דאָרסי אָבער האָט קיין צוויי- 
טען מאָל די קאַנדידאַטור שוֹין ניט באקומען. די אורזאכע דער- 
פון איז געווען דער פאַקט, אַז אַלס נאָװערנאָר האָט ער ארויסגע- 
וויזען צו ווייניג פעהינקייט. (און דאָס שטימט מיט דעם, וואס 
איך האָב געהערט פון פרענק'ען, אז אַלס סאָליסיטאָרידזשענעראל 
האָט ער זיך ארויסגעצייגט פאר אן אונפעהיגען בעאמטען, און 
אז ער האָט זיך אַריינגעווארפען אין דער פרענס קייס מיט אלע 
קרעפטען, כדי צו פאַרריכטען זיינע ווייטערע פּאָליטישע אויסזים- 
טען), 

ער האָט נעפּרופט פּראַקטיצירען לֹאָאָ. ער האָט אָבער ניט 
געהאַט קיין ערפאָלג. ער האָט געפּרופט , לויפען" פאר יונייטעך 
סטייטס סענאַטאָר, און איז דורכגעפאלען. זיין פּריוואטע פּראק- 
טיק האָט זיך ניט פאַרבעסערט; אלְאָ האָט מען איהם ענך- 
ליך גענעבען אַ דזשאַב אַלס איינער פון די דזשאָדזשעס אין 
,סיטי קאורט" -- א ריכטער שטעלע פון אַ ניטזויכטיגער 
מדרנה. מען הערט פון איהם אזוי ווייניג, אז מיין אטלאנטער 
פריינד, וועלכער האָט מיך באַזאָרגט מיט דיזער אינפאָרמאַציע, 
האָט קוים אויסגעפונען וואס זיין באַשעפטינוננ איז איצט. 

די נעשאָנעל פּענסיל פּעקטאָרי איז אונטערגענאנגען באַלך 
נאָך דעם וי פרענק האָט פארלאָרען זיינע אפּילס. זינמונד מאָן- 
טאַג, דער אַקטיווער באַלעבאָס פון דער פעקטאָרי, פיהרט אָבער 
עד חיום זיין אַלטען נעשעפט : ער פאבריצירט פארשידענע שרייב- / 


די פרענק דראַמא 006 


אַרטיקלען, בליישטיפטען אריינגערעכענט. אפשר האָט ער א פּענ- 
סי? פּעקטאָרי אַנדערשוואו. 
טאַם װאַטסאָן איז נעשטאָרבען אין 1992, 
* א 8 


וואו האַלט עס אין אטלאַנטא היינט מיט דעם אַנטיסעמײ 
טיזם ? האָט די פרענק קייס איבערגעלאָזען סליאדען אין דיזער 
הינזיכט ? 

איך האָב מיט דיזער פראנע זיך געװענדעט צו עטליכע 
מריינד און באקאנטע וואס ואוינען אין דזשאָרדזשיא, מענ- 
שען פון פארשידענע לאַנערען און פאַרשידענע שטאַנדפּונקטען. 
אָט אין דער סך-הכל, וועלכען איך ציה פון אלע אנטוארטען 
װאָס איך האָב ערהאלטען : 

די שארפערע פאָרמען פון אנטיסעמיטיזם, די וואס האָבען 
זיך באוויזען אין די דראַמאַטישע טעג פון דער פרענק געשיכטע, 
זיינען שוין לאַנג אָפּנענאננען. די באציהוננען צווישען אידען 
און קריסטען זיינען אין אלגעמיין ניט ערגער וי זיי זיינען געווען 
פאר דער פרענס קייס. 

כאַראקטערנע איז דער פאָרזיכטינער אנטװאָרט, װאָס איך 
האָב באַקומען פון אן אַמעריקאנער איד אין אַטלאַנטא: ,עס 
פיהלט זיך דאָ ניט מעהר אַנטיסעמיטיזם וי אין אַנדערע טיילען 
פון די פֿאַראיינינטע שטאאַטען." 


עגר פון פיגפטען באָנד.