Skip to main content

Full text of "Di mishpokhe mashber"

See other formats


צט 2 ממון מופו שוצ ןג ח )אוש 6 טמטמט וטקועפ אט עט חפ 


1 .0 א 


מממ4םפג, זא מם אסעתפוא 21 


106 194167 


צאפעט,ןא?ת אג/1א מב1 
א6ס1:861 661 41088 1188 1 געפוטסנ1צ 


אט אםס אצססט ופופממזצ. זא א4110א א 
5545 זא , 1116851אג, 





{עדאעס אסס8 מפזססזצ 841 אסזדא א 
275 401105 55 זא , 1185 זא 
15608181124.06תס1צ | 250-4900 413 


0. טעז אט 86צ+4800פ1פסדצ. ציללטץ 


מצוד 208 שאונסאשט? מ160ן4א/זא 
צע8,מ18ן} מפןוספסנצ 4841 1611 18188206ע9פ אמצעך1פ 


:יצע סממסמזצסמ? פא שש 


11 װ0196:) .םת 1100 
/2/101110710 חזטססזס) 140 62 4116, 
//1זחזם? דוםוזזט1"11ג) זודסנח6פ 100 
10101401101 מ"זס/ספּזובג .8 סזחטזחם 800 100016 
ש161009 2004 

6 1000 
װװס101000011 00/9018 18191160118 
1 טס 116 
/0111156ז10 860 6006 /0זםפ 
1ו101111640110 61/10679ש 116416םס| סנום /רדזםב1 
18 עס פמאמותע סאה פ5גתמזאמזא ס א 
61116:) 8000 18018/0 + 0107181א1 


{ססמצץפ 12010021 2 15 ,680004קן 0106 ס ,6טחץ 01466 סתיד 
חס" 69ז0ס תסתק010ס זטס זס} תסמגזנקפת1 106 .ץ16צ1620ס 14015} 04 
1561 ,װ5216זס/ 04 1ת11202 601161/' 2051 60זסת ס60 עט ת06512 8 


5 קזנעסקןסעקן 10061160021 8201 !ק1צעקסס 116 16906065 זסזת6-) עססן /116615 21ת14260 סתד 
0081 110טטקן 106 ת1 6166 15 8416 1015 /160426עטסת צטס }0 2654 606 10 .פאססט זטס תג 
-0464ת146 06 תגס 101067 +12צעקןסס זתסזעטס סת תסגתטש זס} 4סטט תתקנס תג 1615 זס 
-- 6068 סתעט ששסתא טסץ 14 זס - עזסטט 415 0 +10עץקסס 6ט206 תג 10סת טסץ }1 
.קעס. ז6װ60014ת8096ווס 26 6211 יט זס ,4101 413-290-4900 2 סתסתק שט 5ט 0020 16256קן 


{ -|7-03663 5 
{סש :02116 616 


406-6 





ווהרה יי 


/ו 
ו: 
װ 


יח 7 7 7 ר רה ר" 


| 


ו 
/ 
וא 

















:/:40:4- 2 , 8 


4 





























סשומסזא/ זסחזסזח! סח} עס 60:וזוסוס 
חזסזו סחוסמטז חזוש 2011 חו 
ז06016 8ססם חפּוססוצ והמסוזהוו 


1ס,ססץו/פו0618/סזס..סעוחסזה .שטששט//:סזזח 








ףֹ 
סק 
בע 0 
: סאמ 
מאָסק 
2 צ 





דער ניסטער געהערט צו די גרונטישעפער פון אונדזער 
ליטעראטור און קולטור. זײַן װונדערבארע דערציילערישע 
קונסט האָט געקראָגן איר פארקערפּערונג אין פיל ווערק 
זײַנע און באזונדערס אין ,דער מישפּאָכע מאשבער". דאָס 
אין א סאַציאל-פילאָסאָפישער ראָמאן, װאָס לאָזט צו דער- 
ציילן קימאט אף א כראָניקאלן אויפן דעם גירל פון א 
מישפּאָכע, דורך װועלכער עס זעט זיך אֶן דער גאנג פון 
דוירעס,. דער פארצװײַגטער היסטאָרישער פּראָצעס פונעם 
פאָלק. ניסטערס געבענטשטע פּען מאָלט דעם קנופ און 
געווירבל פון פיל פארשיידענע מענטשן. אופשטעלנדיק 
זייער אינערלעכע װעלט אף די אָנגעזעטיקטע מיט לעבן 
זײַטעלעך פון זײַן ראָמאן, באװײַזט דער שרײַבער די פאר- 
שיידענע אספּעקטן פונעם פאָלקס כאראקטער. ,די מישפּאַכע 
מאשבער? איז ביז גאָר כאראקטעריסטיש פאר ניסטערן סײַ 
מיט אירע פּראָטים און קינסטלערישע דעטאלן, סײַ מיט 
איר קאָנצעפּציע וועגן כאסידיזם און פּראָגרעסיוער פּילאַָ- 
סאָפישער טענדענץ. 


דער ניסטער און זײַן ראָמאן , די מישפּאַכע מאשבער" 


אז מיר טראכטן וועגן ניסטערן, וועגן זײַן לעבן און שאפונג, ברענגט אונדן 
דער זיקאָרן די אסאַציאציע: , און טויערן האָבן זיך געעפנט, און אָנגעקומען איז 
מען אין געוויסן אײביקן עפּליפעלד... ריין איז דאָרט די לופט... דאָרט זיצט יענער 
זאָקן. ער דערציילט דעם אײביקן קינד, דער שכינעס בעניאָכידל, אלטע, אלטע 
גאניידן-מײַסעלעך, דערציילט און גיט איבער די שמועסן, װאָס ס'פירן צווישן זיך 
די דאָרטיקע פארבאָרגענע פעלד-ברונעמלעך... טס... קום הער, דאָס אייביקע, איי- 
ביקע לידל פונעם באגלויבטן פּאסטעכל מיט זײַן שוועסטערליקאלע.." (דער ני- 
סטער. , פּױליש?. 

דאָס באגלויבטע פּאסטעכל איז טאקע דער ניסטער אליין, וועלכער איז שטענ- 
דיק ערלעך סײַ ווען ער זינגט זײַנע װוּנדערבארע לידער, סײַ ווען ער דערציילט 
זײַנע קישעפדיקע מײַסעלעך, סײַ ווען ער מאָלט די אינערלעכע ועלט פון זײַן 
,שוועסטערל-קאלע", ס'מיינט פון זײַן פאָלק און לאנד. דאָרט, אינעם עפּליפעלך 
פון זײַן באשאף, איז די לופט ריין, דער עמעס לויכטנדיק און דער סיפּער-יהאמײַסע 
ווירקנדיק. 

איז לאָמיר , אראָפּנידערן אין די װײַנגערטנער", לאָמיר זיך גענויער דער- 
וויסן, װאָס דער ניסטער באדײַט און װאָס מיינט זײַן אופטו אין דער ייִדישער לי- 
טעראטור. 


דער ניסטער איז א פּסעװדאָנים. זײַן נאָמען איז פּינכעס קאהאנאָוויטש. ער איז 
געבוירן געװאָרן אין בערדיטשעוו דעם ערשטן נאָיאבער 1884. זײַן לעבן האָט זיך 
איבערגעריסן דעם פערטן יון 1950. דערצויגן האָט זיך פּינכעס אין א סויווע, װוּ 


5 


מע האָט הויך געשעצט קולטור. שוין אין דער יוגנט האָט דער קומענדיקער שריי- 
בער טיף דערלערנט די אוראלטע ייַדישע גײַסטיקע װערטן, בארײַכערט זײַן 
אינערלעכע װועלט מיט די בעסטע װערטן פון דער מײַרעװ-אײיראָפּעישער און רו- 
סישער קולטורן. פּינכעס קאהאנאָוויטש האָט ניט געהערט צו די, װאָס זאמלען בלויז 
פאר זיך. מיט דעם דעראָבערטן ויסן איז ער שטענדיק גרייט געוען זיך טײַלן 
מיטן צווייטן. ער האָט געהאלטן פון דעם קלאל: טיילסטו זיך, לעמאָשל, מיט אן 
עפּל, װערט פון איינעם צוויי האלבע טיילעכלעך, צוזאמען אָבער זײַנען זיי ניט 
מער וי איין עפּל. טיילסטו זיך מיט א געדאנק, װוערט פון אים צוויי: עס פארהיט 
זיך דײַן געדאנק און עס קומט צו נאָך איינער: דער, מיט װעלכן עס איז בארײי- 
כערט געװאָרן דער קאָפּ פון דײַן צוהערער. טאקע דערפאר ציט פּינכעסן צו פּעדא- 
גאָגיק. אים איז נאָך קיין צוואנציק יאָר ניט געװען, ווען ער האָט זיך אָנגעהױבן 
באשעפטיקן מיט לערערײַ. און קעדיי, אפּאָנעם, אויסצוברייטערן די אאודיטאָריע, 
מיט וועלכער מע מוז און מע דארף זיך טיילן, הייבט אָן פינכעס צו שרײַבן. אלנ- 
פאלס איז דאָס איינע פון די סיבעס, װאָס האָבן סטימולירט זײַן שרײַבערישן טא- 
לאנט. אין דער ליטעראטור דעביוטירט ער מיט ניט קיין גרויס ביכעלע ,געדאנ- 
קען און מאָטיוון -- לידער אין פּראָזע" (ווילנע, 1907). שוין אף דעם דאָזיקן ביכע- 
לע האָט ער אָנגעגעבן זײַן פּסעװדאָנים: דער ניסטער. דעם אָנפאנגער האָט מען 
באמערקט, װײַל ס'האָט זיך שוין אין די ערשטע זאכן זײַנע געפילט אייגנארט פון 
װאָרט און טעמע. איבערהויפּט האָט זיך דערפילט ניסטערס סטיליסטישע באזונדער- 
קײַט אין זײַן צווייטן און דריטן בוך ,העכער פון דער ערד" (ווארשע, 1910) און 
,געזאנג און געבעט? (קיעוו, 1912), 


אלזײַטיק אָבער האָט זיך אנטפּלעקט זײַן אויסערסט געבענטשטע שעפע נאָך 
דער אָקטיאבער-רעװאָליוציע. זײַענדיק באגלײַך מיט דאָװיד בערגעלסאָנען דער 
וויכטיקסטער פאָרשטייער פון דער ייִדישער סאָװעטישער פּראָזע, האָט זיך דער 
ניסטער אקטיוו באטײיליקט אין די זאמלביכער , אייגנס", , אופגאנג" און אנדערע. 
אין בוכפאָרם פארעפנטלעכט ער זײַנע , מײַסעלעך אין פערזן? (קיעוו, 1918), , מאַ- 
טיוון" (קיעוו, 1922), 


די שטרעבונג צו מאָראלישער פארטיפערונג האָט באדינגט ניסטערס קינסט- 
לערישע מאניר: די נעטיע צום קינסטלערישן סימבאָל. און לאָמיר באטאָנען אין 
אלע װוערק פארבלײַבט דער שרײַבער געטרלי זײַן נוסעך, װוּ דער סימבאָל איז איי- 
נער פון זײַנע גרונטיעלעמענטן. װײַל סימבאָלישקײַט האָט פארן שרײַבער א פּריג- 
ציפּיעל וויכטיקע קינסטלערישע פונקציע, װײַל סימבאָלישקײַט האָט אים געדינט אלס 
מיטל רעאליסטיש צו פאראלגעמיינערן די ווידעראנאנדן פון דער װירקלעכקײַט, 
דערלאנגען זיי אין דער העכסטער פאָרם פון דיכטערישער אױסגעקנאַטנקײַט. אָבער 
אין די יאָרן, ווען דער ניסטער האָט געארבעט אף זײַנע צװויי בענדער ,,געדאכט" 
(בערלין, 1922 און 1923) און , פון מײַנע גיטער" (כארקאָוו, 1928), האָט די סימ- 
באָלישקײַט פון די פּערסאָנאזשן און זײיערע מײַסים געטראָגן א כאראקטער פון 
דעם, װאָס דאָסטאָיעװסקי באצײיכנט אלס ,דאָס פאנטאסטישע? אין דער 
רעאליסטישער ליטעראטור. אין ניסטערס ,גיטער" און ,געדאכט" פּרע- 
וואלירט דאָס באדינגלעךיפאנטאסטישע, װאָס דערלאָזט אומדערוארטע סֵי- 
טואציעס, 


6 


א וויכטיקער עטאפּ אין זײַן שאפונג זײַנען ,דרײַ הויפּטשטעט? (כארקאָוו, 
4) און באזונדערס , די מישפּאָכע מאשבער" (מאָסקװע, 1939). 

דעם ניסטערס שאפונג פון זײַנע לעצטע יאָרן האָט צו טאָן מיט פאָלקסיקיעם 
אין די גרויזאמע טעג פון דער צווייטער וועלט-מילכאָמע. די װערק פון דעם דאָזיקן 
פּעריֵאָד (, מיילעך מאגנוס", , פּלאָרא", ,װידערװוּקס", , מייער לאנדשאפט", ,דער 
זײידע מיטן אייניקל", ,ריווע יאָסל בונצעס", ,מײַן באקאנטער") זײַנען פארייגיקט 
מיט איין טעמע: גײַסטיקע גװוּרע איז ניט בײַצוקומען. ס'ראָוו פּערסאָנאזשן פון די 
דערמאָנטע דערציילונגען זײַנען אָנגעלאָדן מיט קאָנצענטרירטער ענערגיע און 
האלטן אויס דעם אָנגריף פון טאָטאלער כײַעראָישקײַט. 

דער ניסטער געהערט צו יענע גרויסע קינסטלער, וועלכע קומען אין דער ליי 
טעראטור מיט זייער אייגענעם סטיל, און דאָס אין שוין גענוג, אז מיר זאָלן אים 
ערן און פאָרשן. 


אין זײַן ,א בריוו צו דאָװיד בערגעלסאָן? (כארקאָוו, 1940) האָט דער ניסטער 
אָפן און קלאָר זיך ארויסגעזאָגט וועגן דער געזעלשאפטלעכער פונקציע פון קינ- 
סטלערישער ליטעראטור. , דאָס פאָלק, -- ווערט דאָרט אונטערגעשטראָכן, -- זעט 
זיך אין די געשאפענע װערק פון זײַן גרויסן קינסטלער, -- סײַ אין דעם פּעריאָד, 
ווען זי װערן געשאפן, סײַ אויך מיט דוירעס שפּעטער, -- װי אין א געטרײַען 
שפּיגל געגעבן, מיט אלע יענע מײַלעס און כעסרוינעס, װאָס א פאָלקיקערפּער, וי 
יעדער קערפּער, פארמאָגט, פרייענדיק זיך מיט די מײַלעס, וועלכע דינען דעם פאר 
א מוסטער און שטאָלצירנדיקן פרייד, און אָפּקערעװענדיק פון די כעסרוינעס, וועל- 
כע האָבן זיך אפן געשיכטלעכן וועג צו דעם צוגעקלעפּט, װי א פרעמד-פּאראזיטירג- 
דיקער געוויקס". 

דערמאָנען מיר זיך, אז שאָלעם-אלייכעם זאָגט אין זײַן ,שאָמערס מישפּעט??: 
,דער שרײַבער, דער פאָלקס-ישרײַבער, דער פּאָעט, דער ווירקלעכער פּאָעט אין 
פאר זײַן עפּאָכע, אין זײַנע יאָרן, א שפּיגל, אין וועלכן עס טוען זיך אָפּבילדן, אָפּי 
שײַנען די שטראלן פונעם לעבן, װי אין א ריינעם קוואל וואסער -- די שטראלן 
פון דער ליכטיקער זון". דער ניסטער זעצט פאָר די שאָלעם-אלייכעםיטראדיציע 
אין דער ייִדישער ליטעראטור. ער איז בא דער זעלבער מיינונג: ליטעראטור אין 
קױידעמקאָל א שפּיגל, און אז דער דאָזיקער שפּיגל איז ניט באגרענעצט אין צײַט: 
עכטע קונסט-ווערק זײַנען פארן פאָלק א געטרײַער שפּיגל נישט נאָר אין יענעם 
פּער;אָד, ווען זי קריגן א טיקן, נאָר אויך אין פיל שפּעטערע צײַטן. אזויארום אין 
ליטעראטור אכרײַעספול, זײַן א קינסטלער הייסט לעבן מיט און פאר דעם פאָלק. 
,דעם עמעסן פאָלקס-קינסטלערס בארוף, -- שרײַבט ער אין דעם זעלבן בריוו, -- 
איז ניט נאָר די קונסט אין ענגסטן זין פון װאָרט, נאָר יעדער מאָל, צוזאמען מיט 
איר און ניט אָפּצוטײלן פון איר, אויך דאָס דידאקטישע, דאָס לערערישע, דאָס 
שטראָפנדיקע, אָדער טרייסטנדיקע, װאָס דאָס באדײַט אויך יעדעס מאָל דאָס פאָ- 
רויסגיין און פאָרויסזען פונעם קינסטלער װי א פאָלקס-פירער, װאָס זאָרגט פאר 
די געפירטע, עס זאָלן זי קיין שטרויכלונגען אף זײיער סאָציאלן װעג ניט 





7 


טרעפן און אויב שוין יאָ געטראָפן, -- זאָל זיך דאָס מער ניט איבער- 
כאזערן?. 

וי הויך ס'איז דער שרײַבערישער בארוף! דער קינסטלער איז ניט סטאם א 
מױרע-נעװוּכים, אָט יענער פירער ,פון די צעטומלטע?, װאָס זײַן װאָרט אין 
געװענדט נאָר צו די ,גדוילים? פונעם דאָר, נאָר צו די אינטעלעקטואלן און מעיו- 
כאָסים. ניין, דער שרײַבער מוז זײַן א פאָלקסיפירער, װאָס אין געקניפּט און 
געבונדן מיטן פאָלק, זאָרגט פאר אים. דערבײַ הייסט זאָרגן ניט קרעכצן אין אומ- 
באהאָלפנקײַט, ניט שטיין און גליווערן אין ווייטעקן, נאָר פאָרויסגיין, צעוואלגערג- 
דיק די שטיינער, װאָס שטערן דעם פאָרצוג, די אנטוויקלונג און דעם פּראָגרעס. 
,דאָס איז, -- זאָגט ניסטער, -- דער העכסטער קינסטלער-בארוף, פאר וועלכן דער 
קינסטלער גיט אװעק און שענקט זײַן גאנץ לעבן אָן איבערבלײַב, און דאָס פאָלק 
באלוינט דערפאר מיט די שענסטע ווערטער אין זײַנע פּאנטעאָנען, דאָס מיינט מען -- 
אין זײַנע באערנדיקע געדעכענישן, וועלכע נעמען זיך ניט אויס און לעבן אײַביק, 
וי אײיביק דאָס פאָלק לעבט". 

דער ניסטער געהערט טאקע צו די קינסטלער, װועמעס גאנץ לעבן און דאָס 
עצעם לעבן זייערס אָן איבערבלײַב האָבן זי אַפּגעגעבן זייער פאָלק. דער ניסטער 
אלס פאָלקס-זאָרגער איז, נוצנדיק זיך מיט שאָלעם-אלייכעמס ווערטער, געווען גע- 
בענטשט מיט א רײַכן גײַסט, מיט א הויכן פארשטאנד, מיט אן אידעלן געפיל. 
און דערום צװישן דעם פאָלק און דעם שרײַבער פון אזא פארנעם עקזיסטירט 
;א שטארקער, אן אײיביקער בונד", דערום איז א שרײַבער פון אזא מאסשטאב ,א 
גאָטסדינער, א קויהען, א נאָװוי, א מייליץ-יוישער". און אזא קינסטלער האָט דאָס 
פאָלק ליב, װײַל אזעלכע ‏ טרייסטן אים אין זײַן קומער, פרייען זיך מיט זײַן 
פרייד און פירן אים דורך אלע זײַנע אידייען, געדאנקען, מאכשאָװועס, האָפענונ- 
גען" (שאָלעם-אלייכעם. , שאָמערס מישפּעט?. 

ניסטערס קונסט איז פארװאַרצלט אין דעם לעבן פון זײַן פאָלק. דער גײַסט פון 
זײַן צײַט לעבט אין זײַנע װוערק. קינסטלערישע זוכענישן, באגערן, דערגרייכונגען 
און דורכפאלן זײַנען אױסגעפּרוּווט געװאָרן אין זײַנע קרעאציעס, קאָנצענטרירט אין 
זי און װוי דורך זיי דורכגעזיפּט געװאָרן. אף זײַן וועג אין דער ייִדישער ליטערא- 
טור האָט ער געהאט זיך אָנגעשטױסן ניט אף איין עוועןינעגעף. א געלײַטערטער, 
האָט ער דערגרייכט יענע הייכן, װאָס ס'מעג זיך ווינטשן יעטווידער עכטער קינ- 
סטלער. אין זײַן ,,פּערעץ האָט גערעדט, און איך האָב געהערט" דערציילט ער: , מיט 
דעם פּארשוין, -- האָט פּערעץ געזאָגט א. װײַטערן, מיינענדיק מיך, -- דארף מען 
טאָן, װי מיט א באָל. אז מע ויל, ער זאָל הויך אופשפּרינגען, דארף מען אים 
פריַער א גוטן זעץ אראָפּ טאָן..-' מער פון אלעמען פלעגט דעם זעץ-אראָפּ קריגן 
דער ניסטער פון זיך אליין. זײַן זעלבסטקריטיק, זײַן אניוועס און באשײדנקײַט 
איז געװאָרן א שעם-דאָווער. זײַן שטרענגע באציונג צו זײַנע שאפונגען איז, אגעוו, 
געקומען אויך פון דער באגעגעניש מיט פּערעצן. ,עס האָט מיר אָבער, -- שרײַבט 
דער ניסטער, -- געניגט אויך דאָס אײינמאָל, כ'זאָל שוין באשטענדיק האָבן זײַן 
געשטאלט פאר די אויגן, און פילן זײַן לערעריש-זיטלעכן קאָנטראָל, װאָס היט און 
װאָרנט: געדענק, פאר וועמען דו ביסט פאראנטװאָרטלעך..." ניסטערס שליכעס אין 
דער ליטעראטור איז, װוי צו זען, געווען דעטערמינירט מיט דער שעפע פון אונד- 
זערע געוינים. אין זײַן דינאמיק, אין זײַן שעפערישער אָנשטרענגונג, אין זײַן 


8 


קינסטלערישן גאנג האָט ער שטענדיק געהאט אין אויג שאָלעם-אלייכעמען און פּע- 
רעצן. אָבער דער ניסטער איז אינדיווידואליטעט. ס'הייסט, ער האָט אין זײַן גע- 
ראנגל מיט זיך און מיט וירקנדיקע קויכעס געזען טאָן אלץ, קעדי צו 
זײַן ער, 


א לעגענדע דערציילט: איינער א מענטש האָט געװאָלט דעם הימל דערגרייכן. 
האָט ער זיך פארקליבן אין די הייכן פונעם רוים און דאָרט געוואנדערט פון טויער 
צו טויער, פון מאכנע צו מאכנע, אָן א שיר, אָן אן אופהער. טאָמיד אין גאנג, טאָי 
מיד אין געלאָף. און פּלוצעם האָט ער זיך אָפּגעשטעלט בא איינער א טיר -- קאָן 
נישט גײין װײַטער, קיין איין שפּאן נישט מאכן. האָט עס א זאָקן באמערקט. פרעגט 
ער אים: , אלעמײַ ביסטו שטיין געבלירן?? האָט יענער אים דערוף געענטפערט: 
,כ'קאָן זיך מער נישט באװעגן". ,נישט גוט! זײער נישט גוט!:--האָט דער 
זאָקן געזאָגט. -- פארהאלטסטו זיך אָט דאָ, בא דער טיר, פארלירסטו דעם זין 
פון דײַן לעבן און גײַסט, און קאָנסט, כאָלילע, אין א שטיין פארוואנדלט װערן. 
דער ניסטער דערמאָנט אָט יענעם מענטשן, װאָס צילט צו די הימלען. דער ניי 
סטער האָט אין זײַן קונסט קיין איין מאָל ניט געהאט צו טאָן מיט דעם, װאָס איז 
אײַזנפעסט אויסגעפורעמט און פארגליווערט, װאָס איז פארשלאָסן פון אלע זײַטן 
אָן א ריר, אָן א ציטער. ער האָט מיט זײַן פארטיפטן ארט דענקען געזוכט א וועג 
צו די הערצער פון זײַנע מיטימענטשן, קעדיי דורך זיי אויסלויכטן די פארבאָר- 
גענע קאָמפּאָנענטן פונעם זײַן, די טיפע רעטענישן פונעם לעבן. עפשער דערפאר 
הייסט איינע פון זײַנע פרליקע פּאָעמעס ,נאווענאד", װוּ מיר געפינען אזוינע שו- 
רעס: , זיך אװועקגעלאָזט אין דער יוגנט נאָך אין דער װעלט ארײַן... מיט הוילער 
יוגנט נאָר, מיט הוילן ווילן נאָר". צוליב װאָס? קעדיי אויספרוון און אויסגע- 
פּרוּווט צו װוערן. ,און װאָס װעט מיך טרעפן אפן וועג און אין לעבן... צו װאָס װעל 
איך דערגרייכן צום סאָף פון מײַן לעבן?? דער דיכטער זוכט ,אין נעכט?, װוּ 
קיינער וואכט ניט, װוּ , קיין אויג, קיין האזשגאָכע אף װעלט און אף ועגן", װוּ 
אפילע דער בוירע זיצט אף א שטיין אף א קאלטן און , זײַן קאָפּ איז פארלאָזט? און 
,זײַן שטערן פארשמאכט?" און ,אין קאָפּ אים איז פארוקט און פארנעפּלט, פאר- 
הײַטלט?. אין אָפּענער װידערשפּעניקײַט רופט אויס דער פּאָעט: ,אין נאכט דאן 
אין אומגיין כ'וועל וויינען און שרײַען -- אָן הילף איז די ועלט דאָך, אָן זין 
און אָן ראיען". מע דארף געדענקען, אז ,נאווענאד" איז געװען געדרוקט אין 
2 יאָר, ווען די צארישע אַכראנקע צוזאמען מיט די פּורישקעװיטש-לײַט האָבן 
געשטעלט צום געריכט מענדל בייליס, ס'הייסט דאָס רוסישע ייַדנטום, וועמען 
עס האָט געדראָעט פיזישער און גײַסטיקער אומקום. און דאָך האָט דער ניסטער 
פאָרויסגעזען און נעװייש דערקלערט אין די לעצטע ,נאכאמו"-פערון פון זײַן 
פּאָעמע: 


דער טאָג איז געקומען, 

דײַן צאר און דײַן לייד און דײַן טפילע פארנומען, 
דײַן ציל איז דערגרייכט... און דער טויער איז אָפן, 
ערוואך זשע, ערוואך זשע צום טאָג און צום שאפן, 


ערוואך שוין פון נאכט און פון ערד און פון זאָרגן, 
שטיי אוף, שטיי שוין אוף צו דער ליד פון פרימאָרגן. 


דער ניסטער איז געווען און פארבליבן א שעפערישער אומרו פון די פאָלקס- 
מאסן, זייער געוויסן און גלויבן, זיײיער טיפע איבערצײַגונג, אז די וועלט מוז און 
װעט אויסגעלייזט וװוערן פון צאר, בייז און אומגליק. , און געעפנט שטײט די 
וועלט, בלוי און לויטער ליגט דער הימל, און אין הימל שטײט די זון, און אף 
דער זון דער ליבער דרויסן... און עס רינען זיך די וואסערלעך, שטיל און פּאמע- 
לעך ציִען אזוי די קעלט פון אײַן ארויס... און עס גייט מיט זי אזוי פון הארצן 
דער ווינטער אָפּ, דאָס הארץ אין שלעכטס פארגעסט... אלץ דערוואכט, אלץ ווערט 
נײַ און פריש און לעבעדיק, וויל האָפן און האָפט, וויל גלויבן און גלויבט" (,פרי- 
לינג", ייִדישער אלמאנאך, קיַעוו, 1910). זעט מען דען נישט, אז דעם קינסטלערס 
רוף איז פול מיט װאָר און טרייסט? דער ניסטער איז דער אומרויַקער רעגער, דער 
מאדריך פון יענעם דאָר, וועלכער האָט אין זײַנע פּאָלעס געטראָגן פּײַער ,פאר 
אלעם דוירעסדיקן שימל, װאָס האָט זיך אָנגעקליבן ביז אים" (,די מישפּאָכע מאש- 
בער?; 


3 


נאָך ביז הײַנט געפינען זיך אייניקע, װאָס האלטן, אז דער ניסטער איז געווען 
א שרײַבער , אינקאָגניטאָ?, װאָס איז ,צו זען פון זײַן פּסעװדאָנים (דער ניסטער, 
דער פארבאָרגענער)?, און אז ערשט נאָכדעם, ווען ס'איז דערשינען דער ערשטער 
טייל פונעם ראָמאן , די מישפּאָכע מאשבער", האָט די קריטיק איינשטימיק דער- 
קלערט דעם שרײַבער וי אן , אנטפּלעקטן?, וי אן אייגענעם מענטשן. דעריבער מוז 
מען קאטעגאָריש אונטערשטרײַכן, אז דער ניסטער איז אין אלע זײַנע װערק ;אן 
אייגענער", א פארװאָרצלטער אין דעם לעבן פון זײַן פאָלק, א שטראָפּער און א 
טרייסטער. אֹף פארשיידענע אויפאנים, מיט אָריגינעלע שעפערישע מיטלען האָט 
ער שטענדיק גערעדט ועגן דעם, װאָס אין אקטועל געווען סײַ פארן אינטים- 
יעכידישן לעבן, סײַ פארן געמיינשאפטלעכן קיִעם פונעם ייַדישן פאָלק. לוט די 
דאָזיקע קריטיקער באקומט זיך, אז דער ניסטער איז אנטפּלעקט געװאָרן ערשט 
אין זײַן , מישפּאַכע מאשבער" און אלץ, װאָס ער האָט פארפאסט ביז דעם 
דאָזיקן ראָמאן, אין הוילע סוידעס, אין קלוימערשט נישט די אנטפּלעקונג 
פון זײַן שעפע, נאָר עפּעס א מין ;אינקאָגניטאָ? פון אן ,אבסטראקטן 
פאנטאסט". 

דער ניסטער איז, װי געזאָגט, א פּסעװדאָנים. אזוי זיך פארשטעלן דעם לייע- 
נער און אזוי זיך פאָרשטעלן דער װעלט האָט שטענדיק ארויסגערופן פראגן 
און פראגן. װאָס מיינט ער מיט דעם? אינעם פּסעװדאָנים פילט זיך די פארקייט- 
לונג פונעם שרײַבער מיט אונדזערע ליטערארישע אָװעס, וועלכע האָבן ניט געהאט 
די פּניַע ארויסצושטעלן זייערע נעמען אף זייערע אייגענע שאפונגען. אין העסקעם 
מיט דער דאָזיקער טראדיציע האָט פּינכעס קאהאנאָוויטש ארויסגעשטעלט אף זײַן 
ערשט וװערק (און נאָכדעם אף אלע איבעריקע) ניט זיך, נאָר זײַן ,דער 
ניסטער". דער דאָזיקער פּסעװודאָנים האָט צו טאָן ניט נאָר מיט די ליטערארישע 


10 





אָװעס, נאָר אויך מיט זיך אליין, מיט אייגנארטיקײַט, װאָס מיינט: מיט דער הילף 
פון פארבאָרגנקײַט װערן אנטפּלעקט. מיט אנדערע װערטער --דער שרײַבער 
פארהילט זיך, קעדיי אין דער פולער מאָס זיך אנטפּלעקן. פּינכעס קאהאנאָוויטש 
איז מענטש, דער ניסטער איז שרײַבער. דער ניסטער איז זײַן מעהוס, זײַן גוסט, 
זײַן טעווע, זײַן קינסטלערישע שעפע, זײַן האָבן װאָס צו זאָגן. פּינכעס קאהאנאָ- 
וויטש איז דער מענטש אין זײַן זײַן מיט זיך זעלבסט, די אידענטיפיצירונג פונעם 
,בען-אָדאָם* מיט זיך גופע: דער ניסטער, װידער, איז די פּרעזענטאטיווע געשטאלט 
פון פּינכעס קאהאנאָוויטשעס שעפערישער פּערזענלעכקײַט, איר גײַסטיקע אנט- 
וויקלונג, איר דראנג צום דיאלאָג, איר אומרויקע שטרעבונג צו זײַן מיט זיך און 
גלײַכצײַטיק זײַן פאר יענעם, פארן לייענער, פאר דער ליטעראטור, װאָס זעט און 
הערט און שפּיגלט אָפּ און דעקט אוף הען זיך אליין, הען יענעם, וועלכער ווערט 
ארויסגעשטעלט פאר דער וועלט. דער ניסטער ויל ניט זײַן אנדערש וי ער אין. 
פארקערט, ער מיינט װוערן די ניגלע פונעם שעפער. דער ניסטער איז די אנט- 
פּלעקונג פון פּינכעס קאהאנאָוויטש אלס דיכטער, קינסטלער און דענקער. דער 
ניסטער איז דער פרײַער שעפערישער גײַסט פון פּינכעס קאהאנאָוויטש. אלזאָ, 
דאָס, װאָס װוערט אָנגערופן דעם ניסטערס ,פּרי העט/, איז, אייגנטלעך, די בא- 
פרײַטע קינסטלערישע ענערגיע זײַנע, וועלכע האָט געקראָגן איר ווערבאלן און 
בילדערישן אויסדרוק אין זײַנע פילצאָליקע װערק. אָט װי דער שרײַבער זאָגט 
אָפן און קלאָר: , כוויל נישט זײַן אליין, כוויל נישט זײַן באזונדער". בלוי און 
טיף אין הימל, װײַט און ברייט אין פעלד, אין דער גרויסער, גרויסער װעלט-- 
אָט מיט וועמען ער ויל זײַן צוזאמען. און װאָס יל נאָך דער קינסטלער? אין 
א געבעט צו גאָט זאָגט ער: ,גיב מיר גרויסע אביקע אָרעמס און דײַן וועלט גיב 
מיר אין זיי: -- כ'טוליע, דריק זי, ביז אָן אָטעם... קיינס און קײינער!. נאָר מיר 
צוויי... גיב מיר גרויסע אביקע אָרעמס און דײַן װעלט גיב מיר אין זיי -- 
כ'שליס די אויגן, זוך זי... שמעק זי... כ'גיב א קוש זי און -- דערגיי...? (, פרי- 
לינג"). דאָ איז קעדײַ צו פארצייכענען, אז אין ניסטערן האָט געלעבט א העלינער 
א ,געצנדינער", װאָס פלעגט זיך מאמעש פארכלינען פון א פרילינג און א 
זונעןדשטראל, פון א ווינטעלע אין פעלד און פייגעלע אין וואלד, פון א װאָלקנדל 
אין הימל. האנט-באיהאנט מיטן העלינער האָט אין ניסטערן געוואכט ,די היימי- 
שע", די יודאיסטישע, װאָלט איך געזאָגט, אסקעזע, דאָס ניט פארגינען זיך האנאָע 
צו האָבן פון א קוועלעכל אין פעלד און א ברונעמדל אין גאָרטן.. אזוי זעט 
אויס זײַן אינערלעכע װעלט סײַ אין אָנפאנג פון זײַן שעפערישן וועג, סײַ אין 
זײַן שוואנען-ליד ,די מישפּאָכע מאשבער?, סײַ אין זײַן קימאט לעצטער דער- 
ציילונג , פּלאָרא?. דער ניסטער איז איין נוסעך, איין קינסטלערישע נאטור. און 
אלץ, װאָס ער האָט באשאפן, געהערט צו יענע קולטוריװוערטן, וועלכע יױיערן 
אײיביק אין די געדעכענישן פונעם פאָלק. 





4 


אויב ס'איז עמעס, אז קונסט האָט צו טאָן מיט דעם, װאָס איז פאראן, און 
אויך מיט דעם, װאָס קאָן זײַן, איז געוויס ריכטיק צו זאָגן, אז קונסט האָט אויך 
צו טאָן מיט דעם, װאָס איז געווען. אינעם פאָרװאָרט צו זײַן ראָמאן ,די מישפּאָכע 


11 


מאשבער" לייענען מיר: , די וועלט, װאָס װערט געשילדערט אין דעם דאָזיקן בוך, 
איז שוין פארשװוּנדן מיט איר גאָרער עקאָנאָמישער באזע און אינטערעס. וי 
שטענדיק אופריכטיק, דערקלערט ער דערבײַ, אז אים איז געווען גאנץ שװער 
אופצולעבן און מאכן זיך באוועגן יענע פּארשוינען, װאָס וירקן אינעם ראָמאן. 
און ניט געקוקט דערוף, האָט ער דאָך אופגעװועקט די פארגאנגענהײַט און אין 
איר אײַנגעהויכט לעבן, דערזען אירע נעפאשעס און געפונען פאר זיי קינסטלע- 
רישע מאָס און װאָג. צוליב װאָס? , איך האָב דאָס אָבער געטאָן, --זאָגט דער 
שרײַבער, -- צוליב געשיכטלעכער דערקענטעניש, קעדיי צו באקענען דעם יונגן 
דאָר מיט דעם גואלדיקן מעהאלעך, װאָס מיר האָבן דורכגעמאכט פאר 
אזא קורצן צײַטאָפּשניט, װאָס טילט אָפּ אונדזער וױרקלעכקײַט פון 
יענער". 

די דערקענטעניש פונעם פאָלקס לעבן אלס קינסטלערישע אופגאבע האָט 
גוירעם געווען, אז די אינעם ראָמאן פארקערפּערטע געשעענישן זאָלן זיך באוועגן 
אין דרײַ רינגען פון דער שטאָט , ען", און אן די דרײַ רינגען זאָלן מיינען דרײַ 
גרונט-קאָמפּאָנענטן, וועלכע שטעלן פאָר די גרונט-עלעמענטן פון דער געזעלשאפט- 
לעכער סטרוקטור פונעם ייִדישן פאָלק אין די 70-ער יאָרן פונעם 19-טן יאָרהונ- 
דערט: באלמעלאָכעס, הענדלער און קלייקוידעש. 

די דרײַ רינגען זײַנען ניט נאָר סאָציָאל, נאָר אויך גײַסטיק פארשיידן. האָבן 
מיר דעריבער אינעם ראָמאן דרײַ מינים שולן ,די אָפענע", װוּ טיר-און-טויער 
זײַנען שטענדיק אָפן פאר די, װאָס קומען זומער זיך קילן און ווינטער זיך אָנ- 
ווארעמען. דאָ פארזאמלט זיך די האָרעפּאשנע מאסע, איר גאָט און זײַנע דינער. 
וי די מאסע, אזוי איז איר גאָט. קיין סאך פאָדערט ער ניט: קיין רוים און לופט, 
פּוץ און אױיסערלעכקײַט; די ,אלטע? שול--א טפילע-אָרט פאר די פּנײי-לײַט פון 
דער שטאָט ,ען". זי איז דער העכסטער ביניען אין שטאָט, אירע װענט - אין 
אייליפארב. פון אלע װענט ביז דער סטעליע ארוף זעען זיך בילדער פון דער 
ביבלשער מיטאָלאָגיע. 


אויסער די צוויי דערמאַנטע שולן, פארמאָגט די שטאָט ,ען? באלמעלאַכישע 
באָטעמעדראַשים פון שמידן, שוסטער, שנײַדער. און פון פרומע און ווילטעטיקע 
כעוורעס. 

אפן פאָן פון דער דאָזיקער גײַסטיקער און סאַציאלער פארשײדנארטיקײַט 
אנטוויקלט זיך דער סוזשעט פונעם ראָמאן ארום דעם גוירל פון דרײַ מאשבער- 
ברידער: לוזי, מוישע און אלטער. אויסערלעך זעט דעריבער אויס דאָס װוערק צו 
זײַן א פאמיליע-כראָניק, אן , איילע טוילדעס" פון די מאשבערס. אינדערעמעסן 
אַבער שטעלט מיט זיך פאָר אָט דער דאָזיקער ניסטערס באשאף א ברײטע 
היסטאָרישע לײַװנט, אף וועלכער דער קינסטלער מאָלט מיט זײַן קישעף-פּענדזל 
דאָס לעבן פונעם סאָציַאל צעגלידערטן האמוין, זײַנע צווישנבאציונגען און וי- 
דעראנאנדן, מאטעריעלע און גײַסטיקע אויסקומענישן, זײַנע לײַדנשאפטן און אויס- 
דויער. קימאט אלע, וועלכע האָבן געשריבן װעגן ,דער מישפּאָכע מאשבער/, 
האָבן אונטערגעשטראָכן, אן סײ לױיט זײַן טיפן פילאָסאָפישן אינהאלט, סײַ לט 
זײַן גליִענדער קינסטלערישער פאָרם קאָן דער דאָזיקער ראָמאן פארגלײַכט װערן 
מיט די כעסטע מײַסטערישאפונגען פון דער רוסישער און מײַרעװ-אײראָפּעישער 


12 


ליטעראטור, װוי, לעמאָשל, דאָסטאָיעווסקיס , ברידער קאראמאזאָוו", אָדער טאָמאס 
מאנס , בודענבראָאָקס". 

דער ניסטער זינגט און שפּילט מיט כאָכמע, ווען ער צייכנט די אינערלעכע 
וועלט פון לוזין. דער שרײַבער איז באגײַסטערט פון זײַן מאָראלישער ערלעכקײַט 
און װוּנדערבארער קלוגשאפט, פון זײַן װוילן זען די װעלט אן אויסגעבעסערטע, 
א זוניקע און גליקלעכע, אינגאנצן א באפרײַטע פון זאָרג און פּײַן. נאָך לאנגע 
וואנדערנישן און וואקלונגען דוכט זיך לווין, אז ער האָט געפונען גײַסטיקע 
יעסוידעס פאר זײַן וילן און טרוים: די שיטע פון די בראסלעװוער 
כסידים. 

לאָמיר דאָ גאָר קורץ דעפינירן דעם כאסידיזם. דאָס איז א רעליגיעזימיסטישע 
באוועגונג, װאָס איז אנטשטאנען אף אוקראינע אין די דרײַסיקער יאָרן פונעם 
8טן יה. אין שפּיץ פון דער דאָזיקער באוועגונג איזן געשטאנען ייַסראָעל באל- 
שעמטאָװו, וועלכער האָט געלערנט, אז פּאָשעטע ייִדן, װאָס זאָגן מיט קאװאָנע א 
קאפּיטל טילים, זײַנען טײַערער בא גאָט פון די, װאָס װײַזן ארויס בקיעס אינעם 
טויספעס און שטעלן זיך ארויס אלס גאָטס סטראפּטשעס. די דאָזיקע לערע האָט, 
עמעס, אין א רעליגיעזער פאָרם און אין א געוויסער מאָס דאָך אוױיסגעדריקט דעם 
סאָציאלן פּראָטעסט פונעם האמוין קעגן גװוירישן ווילקיר. דעריבער האָבן ייַדישע 
האָרעפּאשניקעס מיט באגײַסטערונג אופגענומען דעם כאסידיזם, גערן געגאנגען 
אין זײַנע וועגן. לוזי, באװײַזט דער ניסטער, האָט זיך געצויגן צו די דרײַ 
,שינען? (שוסטער, שנײַדער, שמידן) פון דער שטאָט ,ען", צו זייערע אויצרעס 
און גױיראָלעס. לוזי איז דער, װאָס צילט צונויפקייטלען די װועלט פון מאָראלישע 
וװוערטן מיט די טאָגטעגלעכע באדערפענישן פונעם פאָלק. 

זײַן קעגנער איז דער ברודער זײַנער מוישע. ער אין א ייַד א סויכער, פאר- 
טאָן אין האנדל און געלט-איניאָנים, קומט אין קאָנטאקט מיט פּריצים און װוּכער- 
ניקעס, מיט מעלוכע-לײַט און קרעדיטאָרן, מיטן טומל און הויהא פון געשעפט 
און מיסכער. מוישע איז טיף איבערצײַגט, אז די װעלט אין פון אײיביק אָן אײַנ- 
געטיילט אף רײַכע און אָרעמע און אז גאָט אליין האָט פארטרויט די אָנפירונג 
מיט דער וװעלט נאָר יענע, וועלכע פארמאָגן גראָבע טײַסטערס. מוישע מאשבער 
איז די פארקערפּערונג פון דער ייִדישער בירגערלעכער גאשמיעס. ער איז, כאַ- 
לילע, נישט קיין קעגנער פון שאבעסדיקײַט, אָבער בלויז פון אזא, װאָס היט און 
וואכט דעם גװיריש-ראבאָנישן סיידער, דעם אײַנגעפונדעװעטן ייִַדיש-בירגערלעכן 
װאָכנלעבן. שוין אפילע בלויז דערפאר קאָן מוישע בעשום-אויפן ניט באנעמען 
לוזיס נײַעם דערעך. 

אין א ויקועך מיט מוישען דערקלערט לוי, אז עס זײַנען פאראן אזוינע 
מאדריכים, װאָס דערמאָנען א ליכט, וועלכע שטייט און ברענט נאָר אף איין אָרט 
און באלויכט ניט מער װי איר ארום. עס זײַנען אָבער פאראן אויך אזוינע, 
וועלכע זײַנען געגליכן צו א גיענדיקער ליכט, װאָס װוּהין זי גייט, ליכט 
זי און דינט פאר א װעגװײַזער. און נאָר אזא איז מעגלעך צו באפרײַען 
די װעלט פון אצוועס און טרויער, װײַל אזא פּרײידיקט סימכע, ,װועלכע הײבט 
ארוף, דערהייבט און לײַטערט, שאפט װוּנדער, מאכט פון אלט יונג און פון 
דער גראָבסטער זאך -- אזא, װאָס קאָן ביז דער העכסטער הייך ארופדער- 
לאנגען". 


אינעם דראמאטישן קאָנפליקט פון די ביידע ברידער האָט דער ניסטער אֹף 
אן עכט קינסטלערישן אויפן באוויזן די דיפערענצירטע פּסיכאָלאָגיע פון יעכידים, 
וועלכע פארקערפּערן צוויי וועלטן. איינער, לוזי, פארקערפּערט קלאל-שטימונגען, 
די הויכע מאָס פון מאָראל, די זאָרג פארן גוירל פון פאָלק: דער צווייטער, מוישע, 
פארקערפּערט דעם בורזשואזן אינדיווידואליזם, דעם צאפּל פון א פּראט לעבן, 
װאָס טראכט און זאָרגט הױפּטזאכלעך וװעגן וװױלזײַן פונעם איגע- 
נעם איך. 

מיט א ספּעציפישן קינסטלערישן מעטאָד, אין נאָמען, קלוימערשט, פון ,א 
פרעמדן?, דריקט אויס דער שרײַבער זײַן מיין, זײַן פּאַזיציע. אין דעם קאָנפליקט 
פון די צוויי ברידער איז דער ניסטער נישט קיין פּאסיװער באאָבאכטער, נאָר אן 
אקטיווער אָנטײלנעמער. ווען א פרעמדער, דערציילט דער קינסטלער, װאָלט בײַ- 
געוועזן באם וויקועך, װאָלט זיך אים געדאכט, אז ער זעט א הױכן לייטער פאר 
זיך, און צוויי מענטשן פון ביידע זײַטן גייען ארוף אף אים. אָבער ווען איינער 
שטײַגט רויַק, נעמט טרעפּ נאָך טרעפּ, און דאָס איז אים לײַכט אָנגעקומען.. 
אין דער צװיטער, װאָס ויל יענעם נאָכגיין,. הינטערשטעליק, האָט 
מוירע פאר דער הײיך.. לערנט זיך שפּאנען, אָבער ,די לערע גיט זיך אים 
ניט אײַן, װײַל יענעמס שטײַגימאָס איז קיין מאָס פאר אים, און פארן 
צווייטנס קאָפּ אין די הייך ניט געפּאסט, מאכמעס קאָפּשװינדל און מאכמעס 
מוירע". 

די כומעש-אסאָציאציע מיטן לייטער און די טאנאכישע בילדערישקײַט, ויאזוי 
צוויי מענטשן אין קריג קלעטערן אף זײַנע טרעפּ, פילן אויס א ויכטיקע קינסט- 
לערישע פונקציע. ניסטער שטרײַכט מיט דעם אונטער, אז לוזיס זוכענישן פון 
נײַע גאנצקײַטן האָבן א דויערנדיקן כאראקטער און זײַנען טיף פארװאָרצלט אין 
אונדזער געשיכטע. 

מיר דערציילן דאָ ניט איבער דעם אינהאלט פונעם בוך. מיר װעלן דאָ בלוין 
ברענגען דעם דיֵאלאָג, װוּ עס װערט אופגעדעקט דער מעהוס, דער טיף-פילאָסאָ- 
פישער און אידײיַש-פּסיכאָלאָגישער זין פון די צוויי וויכטיקסטע געשטאלטן אין 
,דער מישפּאָכע מאשבער". 

ווען ס'האָט געהאלטן שלעכט בא מוישען, ס'הייסט, װען די געשעפטן בארג- 
אראָפּ, און צאָרעס, אומגליקן בארג-ארוף, װענדט ער זיך צו לוזין מיט א בא- 
קאָשע: זאָל ער אים דערלויבן איבערצושרײַבן די שטוב אף זײַן נאָמען. ?-- ניין, -- 
האָט דערוף לוזי שארף געענטפערט,--ער ויל ניט און בעט אים פון דעם 
באפרײַען. 

-- פארװאָס? -- האָט מוישע געפרעגט. 

-- װײַל ער האָט קיינמאָל מיט זײַן נאָמען ניט געהאנדלט און ער זאָגט זיך 
אויך אָפּ מיט אים וועמעס-ס'ניט-איז אוולעס צו פארשטעלן. 

-- װאָסערע אוולעס? -- האָט מוישע א פרעג געטאָן. -- סאיז דאָך דער 
דערעך-האָוילאָם, אזוי פירן זיך אלע, װען ס'ענג און ווען ס'מאכט זיך, 
װען מע דארף א שװער שטיקל צײַט איבערווארטן. אזוי טוען דאָך אלע 
סאָכרים. 

-- סאָכרים -- יאָ, און איך -- ניט,,,? 


15 14 








דעם ניסטערס פּײיַקײַט אופצוכאפּן דאָס אויסערגעויינלעכע אין די דער- 
ווארטסטע געשעענישן גיט אים די מעגלעכקײַט מיט פולער קינסטלערישער עכט- 
קײַט אָנצוזעטיקן זײַנע געשטאלטן מיט לעבנסיזאפט און לעבנסיבלוט. פון דעם 
דאָזיקן דיַאלאָג װערט קלאָר דעם ליענער, אז מוישע געהערט צו יענע פּערסאָ- 
נאזשן, װועמעס טרײַבקראפט װערט דעטערמינירט מיט מאמאָשעסדיקע ערדישע 
צילן און מיט טראדיציע, װאָס זעט אויס צו זײַן א מין באפּוצונג פון זייער פאר- 
גליווערטער וועלט. אין לוזין, ווידער, איז פארקערפּערט דער טאמציס פון יענע 
ניסטער-העלדן, װעמעס לעבנסװעג װערט קאָנטראָלירט פון עטישע קא- 
טעגאָריעס. 

אף די זײַטלעך פונעם ראָמאן איז לוזי אין באוועג, אין דינאמיק און זעט 
אויס א באצירטער מיט אלע סימאָנים פון א הויךיעטישער געשטאלט, װאָס האָט 
ספייקעס, קעמפט מיט זיך אליין און װוערט גײַסטיק רײַכער מיט יעדער לעבנס- 
דערפארונג. מוישען אָבער זעען מיר קעסיידער אין אנגסט און קלעם. שוין גלײַך 
באם סאמע אָנהייב פונעם בוך דערוויסן מיר זיך, אז ער באזאָרגט זיך מיט אן 
אָרט אפן , הײיליקן פעלד". אין פלוג אין עס ניט מער וי אן עקספּאָזיציע-מיטל, 
אַבער אינדערעמעסן איז אין דעם דאָזיקן מיטל פארבאָרגן א טיפער קינסטלערי- 
שער מיין: שוין פון דעם ערשטן אופטריט זײַנעם איז מוישע פארורטיילט, אין 
אָנגעמערקט זײַן אומפארמײַדלעכער פיזיש-און-גײַסטיקער סאָף. דער ניסטער ויל 
מיט דעם זאָגן: אזוי איז פּערספּעקטיולאָז די װעלט, װוּ עס פעלן אויס עכט- 
מענטשלעכע מאַראל-געבאָטן, װוּ עס הערשט די פינצטערע קראפט פון דאָגמעס 
און געלט. 


זעלבסטפארשטענדלעך, אז אין א קורצער פאָרעדע איז אומעגלעך צו געבן 
אן אנאליז פון די העכער זעכציק פּערסאָנאזשן, װאָס ווירקן אין ,דער מישפּאַכע 
מאשבער" און רעאליזירן דעם קינסטלערישן פארטראכט פון דעם מעכאבער. דאָך 
מוזן מיר דערמאָנען אלטערן. װײַל ער, דער דריטער ברודער, מיט זײַן סעקסועלן 
שטורעם און קאָך אין טײַװע-אָנמעכטיקײַט, מיט זײַן פּסיכישער קרענק און קרענק- 
לעכער עמפּינדלעכקײַט, איזן א געשטאלט א סימבאָל, װאָס פּערזאָניפיצירט די 
געפאר פון צעשטערונג און פארניכטונג, װאָס רוקט זיך אָן אף דער גאנצער 
מישפּאָכע. 

קעדײַ צו דערמאָנען סרולי גאָל און מיכל בוקיַער -- צוויי לוזיס געשטאלטן- 
באגלייטער, וועלכע שטרײַכן אונטער מיט זייער װידערשפּעניקײַט די געזעצלעכ- 
קײַט פון לוזיס בונט קעגן דעם ראבאָניש-אָרטאָדאָקסאלן ארט דענקען. דער ניסטער 
לאָזט קומען דערצו, אז אָט דער אויסגעלאסענער סרולי גאָל און דער גאָטילעסטע- 
רער מיכל בוקיער זאָלן בעקאָליראָם און אף א גערעכטן אויפן פארטײידיקן די 
געפילן און געדאנקען פון דעם עמעסיזוכער לוזי, ארױסװײַזן אים שטענדיקע 
צערטלעכקײַט און אָפנהארציקע צוגעבונדנקײַט. 

אין קינסטלערישן פּראט האָט א ביז גאָר שטארקן וװוערט די פרויען-געשטאלטן: 
מוישעס פרוי גיטעלע און זײַן עלטערע טאָכטער יודעס, וועלכע לעבן מעסוקן 
איבער די רויַנירונג פון דער שטוב און דעם קראך פון זײַנע אײַנװױנער: די 
ייַנגערע נעכאמע, צו וועלכער דער קינסטלער באציט זיך מיט א באזונדער שע- 


19 


פערישן טאקט, מיט ליבנדיקער אופמערקזאמקײַט און הארציקן ליריזם;: די דינסט 
גנעסיע, װעמען מע מאכט כאסענע מיט אלטערן און װועלכע אנטלויפט פון אים 
אף מאָרגן נאָך דער כופּע: מיכל בוקיערס פרוי און אנדערע. 

,די מישפּאָכע מאשבער" איז ניסטערס העכסטער באשאף, דער העכסטער אין 
זין פון הארמאָנישער גאנצקײַט פון דער קאָמפּאָזיציע, פּלאסטישער אויסדריקלעכ- 
קײַט און פילאָסאָפישער פארטיפטקײַט. די געשטאלטן פונעם ראָמאן סינטעזירן 
די דאָזיקע קינסטלערישע דרײַ-אײניקײַט און שאפן די פולסטע דינאמישע לעב- 
האפטיקײַט פון דעם סיפּער-האמײַסע. 

דער ראָמאן , די מישפּאָכע מאשבער" איז איינע פון די שענסטע און העכסטע 
שאפונגען פון דער ייִדישער ליטעראטור, װאָס האָט שטארק בארײַכערט אונדזער 
גײַסטיקע קולטור און פארײיביקט דעם נאָמען פון זײַן שעפער. 


ו. פעקשענקי 


1--9 


מײַן קינד, מײַן בראָך, מײַן אומגליקלעך אומגעקו 
מענער טאָכטער האָדעלע 

(געבױרן יול 1913, אין זשיטאָמיר, געשטאָרבן פריי 
לינג 1942, אין לענינגראד); 

זאָל דײַן טאטנס צעבראָכן הארץ זײַן די מאצייווע אף 
דײַן פארלוירענעם קייווער; 

זאָל אָט דער בוך זײַן געווידמעט דײַן אײביק היילַיי 
קער פאר מיר געדעכעניש. 


דײַן טאטע-- דער מעכאבער. 





פאַרװאָרט 


די װעלט, װאָס װערט געשילדערט אין דעם דאָזיקן בוך, איז שון 
פארשװוּנדן מיט איר גאָרער עקאָנאָמישער באזע און בעמיילע שוין מיט 
אלע אירע געזעלשאפטלעכע און אידייישע קאָנפליקטן און אינטערעסן 

מיר איז געװען גאנץ שװער אופצוּועקן, אופצולעבן און מאכן זיך 
באװעגן יענע פּארשוינען, װאָס װירקן אין דעם בוך. 

איך האָב דאָס אָבער געטאָן צוליב געשיכטלעכער דערקענטעניש, 
קעד צו באקענען דעם יונגן דאָר מיט דעם גוואלדיקן מעהאלעך, װאָס 
מיר האָבן דורכגעמאכט פאר אזא קורצן צײַט אָפּשניט, װאָס טײלט אָפּ 
אונדזער װירקלעכקײַט פון יענער, 

שילדערנדיק אָט די פּארשוינען, שוין פיזיש און גײַסטיק פארענדיקטע, 
האָב איך זיך באמיט ניט גלאט צו ,קעמפן" קעגן זײ, ניט אױיסצושרײַען 
פאָרויס אף זײער פארורטײלטקײַט, נאָר זײ געלאָזט אליין שטיל און 
פּאמעלעך גין צו זייער אָנגעצייכנטער באשערטקײַט, צו זײער געשיכט- 
לעך-נויטווענדיקן לעצטן גאנג -- צום אָפּגרונט. 

כ'האָב זײ געגעבן מיט זײער גאנצן אָרעם ביסל פארמעגן, ניט פאר- 
מינערט גאָרניט פון זייערע אייגנשאפטן, קעדיי צו באװײַזן די נעבעכדדי" 
קײַט פון זײערע ,בעסטע" פאָרשטײער אפילע, װעלכע האָבן זיך אָפט 
געריסן פון יענער פינצטערניש כאָטש מיט א װאָסער-ניט-איז ביסל שײַן 
ארויסצוקומען. 

כ'האָב, שרײַבנזיק דעם בוך, זיך געהאלטן בא יענעם מעטאָד פון 
קינסטלערישן רעאליזם, װאָס באטײַט דאָס זעלבע, װאָס געטעס באװוּס: 
טער געבאָט: , מאָל, מאָלער, און שװײַג", --מיט דער זיכערקײַט, אז דאָס 
געדארפטע, דאָס פאר אונדז געװוּנטשענע, די טענדענץ אונדזערע וועט 
קומען פונעם עצעם געטרײַען מאָל, דה. פון דער אינערלעכער לאָגיק פון 
די גױראָלעס פון אזוינע פארשוינען. 

דער איקער-ציל פון מײַן ארבעט אָבער איז געװען ניט נאָר צן 
פארענדיקן מיט אן אלטן דאָר, װאָס האָט געשטעקט איבערן האלדז אין 
מיטלאלטערלעכע לעבנס-פארהעלטענישן נאָר דער איקעריציל פון בוך 
איז װײַזן יענע פארבאָרגענע קויכעס, װאָס זײַנען דאן געלעגן טיף דער- 
נידעריקט אין ,דריטן רינג" און װאָס זײַנען אי טראגיש אומגעקומען 
אונטערן לאסט פון יענעם לעבנס-יאָך. 


19 


זאָס מײן איך די שוואכע בלענדנדיקע בליצקשן. ואש וו" יה עו 
פלאמען אוף דערװײַל אפן נאָך װײַטן האָריזאָנט, יענע בונטארישע ערשט.- 
ליננש, װאָס מיט זײער דערװײַל נאָך שואפן, אפשר פון אט אן אי 
שוין אופקנאלנדיקן פארטויבטן אומרו קומען זײ באװײַזן, אז עפעס קלײַבט 
זיך דאַרט ה"נטער יענעס האָריזאָנט. אריפ ניט אף הײנש, אי אף מאַרג, 
אף איבערמאָרגן 

װײַל עפעס האָט שוין דאָרט און דעמלט דאָך געיוירט, עפעס האָט שוױן 
אפיוקע אין אזא פארזומפענער סוויטע הי ישעש; ר שש ריש ששן און הף 
ניט װו א'ן א קעלער צי אף א פרהעם.- הי א צאההעפשיק 7ופט? ויה 
באוו"זן, האָט אי געשראָקן, א" פארשפראכן - סגשװענדט ה"י השמען. 

סװאָט דאך, װי באהווסט, שױין אין ישטשר ציש (שוריטע ששן ששהוטה 
פײיַקער זוימען, װאָס פון אים זײַנען זיך צעוואקסן די אופקלערערישע 
און שפעטער די רעװאָליוציאָנערע באװועגונג: עס האָט שוין געהאלפן 
פארן אָנקומען פון יענע מענטשןן, װאָס האָבן איבערגענומשען דעם רודער 
און האָבן פארקערעװועט די געזעלשאפטלעכע שיף אף גאָר, גאָר אנדערע 
ריכטונגען און רי"פסן. עס זײַנען שוין דאן געוואקשן ישעו קיודשן, עטכע 
האָבן שפעטער געריסן מיט גאר דעם אט פראגודיץן ט-שןך אין וי 
פאלעס פאר אלעם דרועסדיקן שימ?. ואש שאט ווך טועשק? =ײַן ופי יע 

איז אָט, טן דעם באהאלטענעם פײ-ער, װאָס אי זי האעשם פון יענעה 
ינגן דאָר, אין דעריקער מײַן איג עשװעטעט. 05 יט הא וו אה הש 
דאָר דערקל"בן, קינסשטלעריש אים שילדשרן און אש אטגשפן די עקעט 
פארװוּנדערונג און אכטונג, װאָס גײענדיק מיט אים האנט בא האנט, האָב 
איך א לעבנלאנג געזאמלט. 


דער ניסטער 








24 
/// 
0 
ּ 


7 רה 


4. א ר י ש 
א 
= 


א 


2727 
"= 


אנא עדי ילוח 





די שטאָט א 


י שטאָט א איז געבויט אין דרײַ רינגען. 
ערשטער רינג: די סאמע מיט, דער 
האנדלס-מארק. צװויטער: די גרויסע 
| אייגנטלעכע שטאָט, מיט די פיל הײַזער, 
{ גאסן, געסלעך, ליקלעך ארום מארק, װוּ 
דאָס ראָוו געדיכטער ייִשעוו געפינט זיך. 
דריטער: פאָרשטעטלעך. 

ווען א פרעמדער װאָלט צום ערשטן 
מאָל אין א זיך געטראָפן, װאָלט עס 
אים גלײַך, -- צי וועלנדיק, צי קעגן זײַן 
ווילן, --װי א מאגנעט, צו דער מיט 
שטאָט, צום צענטער א צי געטאָן: דאָרט 
איז דער רויש, דער קאָך, דאָרט --- דער 
איקער-איקער, דאָס הארץ, דער פולס 
פון שטאָט. 

ס'װאָלטן אים פאר אלעמען באגעגנט רייכעס, און אין נאָז װאָלט אים 
א זעץ געטאָן מיט לעדער, האלב-רויען, באארבעטן, פון גראָבע און איי- 
דעלע סאָרטן; טערפּקע זיסקײַטן פון באקאליי- און קאַלאָניאלע סכוירעס; 
זאלץ פון פארשיידענע דורכגעטריקנטע פישן; רייכעס פון נאפט, טראָן 
דזעגעכץ און פון אלערליי קאָךי און שמיר-איילן;: פרישער שניטקראָם; 
פריש פּאפּיר; דאן אויך אלטע און פארשוייסטע זאכן און פארשיידענע 
פארשטױיבטקײַטן -- שקראבעס, בגאָדים, אלט מעש, פארזשאווערט אײַזן-- 
און אלעס אנדערע, װאָס װיל פון געברויך ניט ארויס און מיינט דורכן 
האנדל, פאר קליינגעלט, וועמעןיס'ניט-איז און ווייסעיט-איז, נאָך דינען. 

דאָרט, אין מארק, --א קלייט לעבן א קלייט, ענג אָנגעזעצט, װי קעס- 
טעלעך אין סטעלניק. ער סהאָט קיין קלייט אויבן, האָט א סקלאד 
אונטן, װער אויך קיין סקלאד, איז א שטעלכל מיט א דעכעלע פאר די 
קלייטן, און װער אויך דאָס נישט, האָט פּאַשעט זײַן סכוירע אף דער ערד 
ליגן אָדער שטיין -- ס'געווענדט, װער מיט װאָס ס'האנדלט. 


= = 
== 
=== 


.= 
= 
== 


א 
0 


4: 





29 


דאָרט, אין מארק, װי באשטענדיק, -- יאריד. פורן פון די נאָענטסטע 
און װײַטסטע ייִשוּווים פון יענער געגנט קומען אָנצונעמען סכוירע, און 
פורן, טיליגעס פון דער באן-סטאנציע, פירן, ברענגען פון באן אלץ פרי- 
שערע, אלץ נײַע. 

מע פּאקט אויס און מע פארפּאקט. 

ייִדן -- ארענדארעס, קליינשטעטלדיקע הענדלער --זומער אין זומער- 
מאנטלען מיט קאפּיושאָנעס, ווינטער -- אין בורקעס, פּעלצן מיט שטארק 
אָפּגעלײגטע קעלנער -- קומען אָן פון די אנדרושיווקעס, רארעדעקס, יאמ- 
פּעלעך, פון װײַטן זוויל און קאָרעץ און אויך פון דער װײַטער פּאָלעסיע, -- 
אהער נאָך סכוירע פאר מעזומען, אף קרעדיט: אייניקע מיטן מיין ערלעך, 
אָרנטלעך זיך אויסצוהאנדלען, אנדערע --- מיט אנדערע מיינען: נעמען און 
,זיך שטעלן", דערנאָך ,ענדיקן? אף געוויסע פּראָצענטן, און װײַטער נע- 
מען, און נאָכאמאָל ,זיך שטעלן", דה. אָנזעצן. 

מע קומט מיט ליידיקע פורן, און מע פאָרט אָפּ מיט פולע, געפּאקטע 
און געשנורעוועטע מיט טראנטעס, זעק, ברעזענטן. פארנאכט פאָרט מען 
אוועק, אינדערפרי באװײַזן זיך נײַע. 

-- שאָלעם-אלייכעם, -- גייט אראָפּ פון די טרעפּ א הענדלער, צו בא- 
געגענען זײַן באשטענדיקן, נאַרװאָס אָנגעפאָרענעם קוינע, אים גלײַך פון 
פור אין קלייט ארײַנצורופן, קעדיי קיין אנדערע זאָלן אים ניט איבער- 
נעמען. 

-- שאָלעם-אלייכעם, רעב מיילעך, װאָס הערט זיך אין אנדרושיווקע?-- 
זאָגט ער פון הײמישקײַט און יויצע ועגן, און גייט באלד איבער צו 
אינטערעס: אײַ, גוט, זאָגט ער, װאָס ער איז געקומען, מ'האָט פאר אים, 
װאָס ער דארף, אן אנטיקל, און אזוינס, וי אזעלכעס. 

אנדערע הענדלער פּרוּוון זיך מיט יענעמס קוינע א שמועס פארפירן, 
אים פון זײַן באשטענדיקער קלייט אָפּציִען, צו זיך ארײַנארן, אים בילי- 
קערע פּרײַזן און בעסערע קרעדיט-קאָנדיציעס פאָרשלאָגן. 

אָפט קומט דערפון ארויס א קריג. ס'קריגן זיך הענדלער מיט הענדלער, 
מעשאָרסים מיט מעשאָרסים. און נאָר טרעגער, לייגערס, װאָס פארדינען 
אמאָל בא דעם און אמאָל בא יענעם, שטייען פונװײַטנס, מישן זיך ניט / 
און האלטן קיינעמס צאד ניט. ס'קריגן זיך אמאָל סאָכרישע װײַבער-- 
און װײַבערשע קלאָלעס הערן זיך, מעשאָרסים צװישן זיך --און פּעטש 
פליען. 

דאָס אלץ נאָר אין אויסגענומענע פאלן. ס'ראָוו אָבער איז יעדערער 
מיט איינעם באשעפטיקט. ס'קלעקט קוינים און פּידיען פאר אלע. פון 
גאנצפרי ביז פינצטער זײַנען הענט פול מיט ארבעט, די פילע אײַנקוי- 
פער צו באזאָרגן. מעשאָרסים -- מיט גראָבער ארבעט, וי וועגן, מעסטן, 
ארויסנעמען, ארײַנלײיגן אאוו., און באלעבאטים אליין -- מיטן דינגען זיך, 
אײַנריידן, איבעריידן, די סכוירע צו באװײַזן און מיטן פּרײַז זיך אויס- 
גלײַכן. 

ס'איז, װי געזאָגט, באשטענדיקער יאריד דאָרט. הורט- און לאאכאָ- 
דים-האנדל. גרויסע קרעמער גייען און טראָגן אפדערנאכט אהיים פּעקלעך 


24 





הונדערטער און טאקער, קליינשטעלעכלעך-הענדלער -- מינץ אין לײַװני 
טענע בײַטלען און װײיניק פּאָזיט. אָבער דער טומל פון די שטעלעכלעך 
איז א גרעסערער װי בא די גרויסע. בא די קליינע איז קריג א װאָכע- 
דיקײַט. קריג גייט איבער אין קוילעס, ליארמען. מע קריגט זיך פאר א 
גראָשן, פאר א פונטל זייף, פאר א ביסל-קראָכמעליקוינע, פאר א דאר- 
פישל-לייזונג, און מע שעלט זיך, נישט זשאלעווענדיק, און מער, װוי פאר 
א גראָשן; 

-- א בראנד... 

-- א בראָך... 

-- מיט די פיס צו דער טיר.. 

-- ווען זיצט מען שוין שיווע נאָך דיר.. 

מע בעט זיך אָבער דאָרט אויך גיך איבער: שטעלעכלעך פּארען און 
טרינקען אָפט טיי איניינעם, מע לויפט איינער צום אנדערן נאָך א גמי- 
לעסכעסעד, מע לײַט א געוויכטל, מע קויפט צוזאמען א מעציַע, און מע 
באלאגורעט, און מע שרײַט זיך איבער -- איבער איין שטעל, איבער פינף, 
איבער צען, און אלע מיט אלע. 

דאָס איז אין אלע טעג. אין ספּעציַעלע מארק-טעג אָבער --א באזונ- 
דערע ענגעניש און געדרענג פון פורן. אויסגעשפּאנטע פערד שפּײַזן זיך 
פון װאָגן. אײַנגעשפּאנטע -- פון פרעס-זעק... יונגע לאָשעקלעך שטופּן די 
מאָרדעלעך צװישן די שקאפּעס פיס ארונטער. אן אָגער צעהירזשעט זיך 
און מאכט פערדישע קוילעס איבערן גאנצן מארק. און צװישן אָט דעם 
געדרענג פון פערד, מענטשן איז א קויט, א שמוץ. ווינטער --דער שׁניי 
קיין שניי. זומער און ווינטער -- קיזיק, פערדישע האשטאָנע, היי, שטרוי, 
רייפן, פעסער, קעסטלעך, קאליוזשעס קאָלירטער נאפט, װאָס ווערט זעלטן- 
ווען אמאָל באטאָג פארקערט און אופגעראמט. 

אין גרויסע מארק-טעג, װי פאסטן-צײַט, פאר ריזלעך, איז זיך דאָרט 
ניט דורכצושטופּן. א פּועריש-געפּעלצטער אוילעם, א געמישט-פארביקער 
פון טונקל-ברוינלעכע סוויטקעס, געלע פּעלצן, מארינארקעס פון האָריקן 
גראָבן באָבריק; טוך, שאלן, שאלעכלעך, היטלען, יאָלעמס, קוטשמעס; 
שטיוול, פּוישטן, אָנעטשעס מיט שטריקלעך --פון פּויערים, שליאכטעס, 
פון מענער, פרויען. 

מע קומט אין שטאָט: וער פארמעגלעך --אף עפּעס רעכטס צו קויפן, 
און װער ניט, װער אָרעם --א קלײניקײַט, װאָס מע װאָלט עס אויך אין 
דער היים געקאַנט קריגן, אָבער דער כיישעק צו זײַן אין שטאָט איז 
גרויס, -- דער כיישעק צװוישן מענטשן זיך דרייען, אין פארשיידענע 
קראָמען א קליינווערטיקע זאך צו דינגען, אבי צו דינגען, אבי װאָס מער 
צײַט באם קויפן פארברענגען און האָבן האנאָע פון קויפן. 

די פארמעגלעכע גײיען מעיושעוו, באטראכט, וייסן, װאָס זיי ווילן, 
וווּ צו זוכן, און דער קרעמער איז זיי גערן: דעם ,וואספּאן", דעם , כאָ- 
זיאין" באגעגנט ער מיט קאָװעד, מע רעדט מיט אים איידל, מע רעדט 
אים אײַן און מע סטארעט זיך, נאָך לאנגן דינגען זיך, בא אים לייזן און 
איִם ניט ארױסלאָזן. דערפאר די אָרעמע אָבער איז מען שוין אין טומל 


25 


ניט גערן. מע דערקענט זיי גלײַך, װי זיי בלאָנדזשען פארלוירן מיט די 
אויגן איבער אלע ווינקלען און פּאָליצעס פון דער קראָם. מע דערקענט, 
אז זי האָבן, אויסער כיישעק, אין די בײַטלען װײניק. מע באגעגנט זײי 
מיט כשאד, מע טרײַבט זיי און מע וויל זי אָפט אף זייערע קאפּצאָניש- 
באשיידענע פראגעס נישט ענטפערן, און אז אזא אײנער זאמט זיך 
לענגער צװישן איבעריקן קוינים-אוילעם, און דער קרעמער באמערקט עס, 
שרײַט ער צום מעשאָרעס: 

-- װאָס טײַנעט ער מיט אים אזוי לאנג? ער זעט דען ניט, װאָס ער 
וויל, צו אלדי רוכעס און גאנאָװים! 

און גנייוועס קומען פאָר דעמלט, אין די גרויסע מארקיטעג, טאקע 
ניט זעלטן. זעלטן גאנװועט אן אָרעמער פּױער באם קרעמער, אָפטער 
אָבער די קרעמער באם פּױער. 

באװוּסטע ספּעציאליסטן זײַנען שוין פאראן, װאָס דער גאנצער מארק 
קען זיי, װאָס וועגן מיט צענפונטניקעס אָנשטאָט א האלבן פּוד. מע מאכט 
עס שנעל. זיי וועגן פלינק, --א שטעל ארוף, א נעם אראָפּ, --און דער 
פּױער קוקט זיך אפן אָרט ניט ארום, נאָר ערשט שפּעטער, און ער קומט 
מיט טײַנעס און מיט גוואלדן, און די , מאלענקי פּיװפּודניקעס?, װי מע 
פלעגט זיי רופן, יענע ספּעציאליסטן, דערקענען זי שוין גאָר ניט. ס'קומט 
אָפט צו קלעפּ, צו געשלעג, ביז דער אַרדענונגיהיטער, דער געוויסער 
,בודאָטשניק?, דער אָנגעזויפטער, שטענדיק רויט-מאָרדעדיקער, מישט זיך 
ארײין, פײַפט מיטן פײַפל, צענעמט און פירט אהין, װוּ מע דארף, דאפקע 
דעם, וועמען מע דארף ניט אָפּפירן. 

אן אנדערשמאָל, אז ס'פּרוּווט גאנווענען א שלימאזל א קױינע, כאפּט 
ארײַן אין בוזעם א קלײניקײַט, איז אז מע כאפּט אים, צערעמאַניעט מען 
זיך ניט לאנג, נאָר מע פּראװעט אפן אָרט דעם מישפּעט. עס שלאָגט דער 
מעשאָרעס פון קלייט, װוּ מע האָט געגאנוועט: אז אנדערע מעשאָרסים, 
פון די נאָענטע קלייטן, דערזעען, דערהערן און האָבן צײַט, קומען זי 
אויך צו הילף, יעדערער מיט װאָס ער קאָן, און יעדערער לייגט צו א 
האנט צום שלעגערישן יאד-אכעס. מע שלאָגט אין פּאָנעם, אין קאָפּ, אין 
פּאָטיליצע. אז ס'מאכט זיך מיט א פּױערטע, סײַ א ייַנגערע, סײַ אן על- 
טערע, שלאָגט מען וייניקער, קימאט נישט, נאָר מע שטעלט זי צום 
ביזאיען: מע רײַסט בא איר אראָפּ די שאל, דאָס קאָפּטיכל. זי בלײַבט א 
פארשעמטע און האָריקיצעפלאָכטענע --פארן גאנצן מארק און אף ביז- 
װוונדער אן אויסשטעלונג... 

דאָס אלץ אָבער --נאָר צופּעליקײַטן און ווען-ניט-ווען נאָר. אָבער דער 
איקער איז איקער: קוינים קויפן און זײַנען פונעם קויפן צופרידן, סאָכ- 
רים -- פון פארקויפן, אלע פּענעמער זײַנען אין אזוינע טעג צעפלאמט, 
אלע הענט באשעפטיקט, װאָס פאר א װעטער ס'אָל אין דרויסן ניט 
זײַן -- א װוינט, א פראָסט, א שניי, א זאווערוכע-- שטערט ניט, און מע 
קוקט זיך אף אים װוײיניק אום: הענדלער זײַנען פון אינערלעכער האנאָע 
און פון לייזונג צעווארעמט. 

אין אזוינע טעג עסְט מען ווײניק, ס'גענוגנט דאָס, װאָס מע האָט 


260 


אינדערפרי אין דער היים, פארן מארק-ארויסגיין, איבערגעכאפּט. ס'קלעקט 
ביז נאכט, ביזן פינצטער, ביז מע װעט, פון פראָסט און פון זאווערוכע 
פארבלאַזענע, רױיט-אָנגעדראָלענע און אָנגעהאַרעװעטע, אהיים קומען. 

מע פארגעסט אין אלץ. מע קוקט ניט אף הענט, װאָס טראסקען, אף 
פּענעמער, נעז, אויערן, װאָס פרירן, מע קוקט ניט, אז מע כאפּט א קלאפּ, 
אז מע פארשטעכט זיך: אין אָװנט, נישקאָשע, אין דער ווארעם װועט מען 
אויסשטעכן. 

דאָס אלץ געזאָגטע קומט פאָר אפן אזויגערופענעם ,גראָבן מארק"? 
דאָס זעלבע אָבער אויך אף דער פּאראלעלער גאס--אפן ,איידעלן" 
דעמלט. אויך דאָרט איז פון ענגשאפט און פורן נישט דורכצוגיין. כאָטש 
קיין פּראָסטע פּוערים און, ביכלאל, קיין לאאכאָדים-קוינים, קומען ניט 
אהין, נאָר הורט. 

דאָרט -- די גרויסע שניטקרעמער, גרויסע צעלניקער, הענדלער פון 
טוך, מיט גרייט שוך- און קליידערווארג און פארשיידענע אנדערע סכוי- 
רעס פון לאָדז, ווארשע, ביאליסטאָק און אנדערע שטעט פון פּױלן און 
פון װײַטירוסלאנד. 

דאָרט -- נאָר פּריצים, רײַכע שליאכטע, פארמעגלעכע קליינשטעטלדיקע 
יידן. 

דאָרט זײַנען מעשאָרסים ציכטיקער אָנגעטאָן. דאָרט איז אויך דער 
באנעם און דאָס באגיין זיך מיט קוינים אנדערע. 

דאָרט כאנפעט מען און מע שווינדלט פּײַנער. דאָרט דרייען זיך ס'ראָװו 
די באלעבאטים פאר די קלייטן אין טכוירענע טולופּעס, זאמלען זיך אין 
רעדלעך אף באלעבאטיש-געשעפטלעכע שמועסן, און אין די קלייטן רו"י 
דעווען די הױיפּטימעשאָרסים, די גרויס-געניטע, מיט די געשליפענע צינג- 
לעך, װאָס קאָנען אײַנרײדן און אזוי קונציק די סכוירע באװײַזן, װאָס 
זעלטן, אז װער ס'כאפּט זיך צו זיי ארײַן, זאָל זיך פון זיי שוין , אויס- 
דרייען?. 

באלעבאטים אין דרויסן ריידן שטענדיק פון ,זמאנים", װעקסלען 
אָנזעצן, רײַזעס קיין לאָדז, כארקאָוו, און פון פּרײַזן, װאָס שטײַגן אָדער 
פאלן אין די גרויסע האנדלס-צענטרען. און אינװייניק, אין די קלייטן, 
אין די אלט-געמויערטע, אָן פענצטער, װאָס שײַן באקומען זי נאָר פון 
דער דרויסן-טיר, איז פינצטערלעך, אפילע באטאָג באשטענדיק האלב- 
שײַן, און פאר די טישן שטייען די קוינים, הינטער די פארקויף-טישן-- 
די מעשאָרסים, װאָס באװײַזן װײַסע שטאָפן, װאָלנס, טערנע, קאָרט, זײַדנס 
פון ענגלישע, דײַטשישע, רוסישע פירמעס -- ליגנערישע מארקעס, פאלשע 
פּלאָמבעס -- און באװײַזנדיק, מעסט מען, און מעסטנדיק און אײַנריידנדיק, 
טוט מען אָפט, װאָס מע דארף: ,מע טוט ארײַן נײַן איילן פײַוויש?, וי 
ס'הייסט אף מעשאָרסים-לאָשן. 

אויך דאָרט אין אזוינע אויבן דערמאַָנטע גרויסע מארק-טעג זײַנען 
הענט פול ארבעט. אויך פאר די דאָרטיקע קראָמען יענע טעג װערן פורן 
געפּאקט און געשנורעװועט, קאסטנס אופגעריסן און פארשלאָגן. טרעגערס 
און מעשאָרסים באגעגענען זיך אף די שװעלן פון די קראָמען מיט ארײַן- 


27 


און ארױיסטראָגן. פּאָליצעס װערן אויסגעליידיקט און די קאסעס פול. ס'איז 
גוטע טעג פאר די באלעבאטים, װאָס זעען זיך דעמלט מיט היפּש מעוו- 
מען, גוטע טעג פאר מעשאָרסים, פאר וועלכע די קוינים ,לאָזן עפּעס? 
און זי באקומען געוויסע פּראָצענטן פון יעדער קניַע. גוט אויך פאר 
מעקלער, נארײַער און מעווינים, װאָס ברענגען נײַע קוינים אָדער קומען 
מיט אלטע אף קויף-מעווינעס, אף בעסערע פּרײַזן אויסדינגען און האָבן 
דערפאר שפּײצן. 

אין יענע טעג געפינען זיך שוין די באלעבאטים, װײַבער פון באלע- 
באטים און אפילע עלטערע קינדער אין די קראָמען. וויפל , מענטשן" מע 
האָט, איז װײיניק. ס'ווערן דערום געבראכט די אייגענע פון דער היים: 
ווער ס'האָט צו ארבעטן און צו טאָן -- טוט, און ווער נאָר צו קוקן, אכטונג 
געבן, -- גיט אכטונג. אָבער אהיים גיין, די קראָם פארלאָזן, פארלאָזט 
דעמלט קיינער, -- ביז אָװנט, ביז אפדערנאכט, ביז שפּעט שוין, ווען די 
קלייטן װערן אף די שלעסער און קייטן געשלאָסן, לאָדנס װערן מיט 
אײַוזיגעשריי אראָפּגערוקט, און מידע, צופרידענע און מיט פולע קאסעס 
לייזונג װוערן די באלעבאטים פון די מעשאָרסים און אייגענע אהיים 
באלייט. 

אזוי דער מארק ערעוו וינטערדיקע כאָגעס. וייניקער טומלדיק-- 
נישט פאר כאָגעס. אָבער טאָמיד איז און בלײַבט מארק -- מארק, מיט זײַן 
געשעפט --- געלט- און לייזונג-גיריקײַט, צו וועלכע ער האָט זיך אינגאנצן 
איבערגעגעבן. און געפינענדיק זיך אין אים, איז מען אזוי מיט אים פאר- 
שלונגען, אז קיין אנדערע, קיין נישט איבערגעגעבענע, פארשטייט מען 
נישט, באנעמט מען נישט, מע האָט פאר זיי קיין צײַט נישט, און אין 
פון אײיביק אײַנגעשטעלטן מארק-סיידער -- קיין אָרט פאר זיי. 

אזוי, אז זעלטן-ווען נישט קיין מארק-מענטש, װי קלייקוידעש אָדער 
קינדער, באװײַזן זיך אין מארק, סײַדן נאָר פארבײַ און דורכגייענדיק, 
און אז זיי װײַזן זיך יאָ, איז זייער אָנװעזנהײַט װי נישט בארעכטיקט, 
און זי מערקט זיך גלײַך. קינדער װערן פון טאטע-מאמע אהיים געיאָגט: 
,אהיים, װאָס טוסטו דאָ?"; א שולישאמעס, א כאזן, אז ער באװײַזט זיך, 
איז נאָר אף צו גיין פון קלייט צו קלייט, עמעצן אין א יאָרצײַט דערמאָ- 
נען, אָדער קרעמער באלעבאטים אף א בריס, א כאסענע צו רופן, אָבער 
ניט זיך צו פארזאמען. בעקיצער דאָס שליכעס אָפּצוטאָן, און, אן איבערי- 
קער, זיך װאָס גיכער ארויסצורוקן פון דאָרט. 

הײַזער-גײער אפילע, אײביקע שלעפּער, פון שטענדיק גרויסע אזעס- 
פּענעמער, אז זי טרעטן די מארק-גרענעץ אריבער, באקומען זעלטן-ווען 
א נעדאָװע געשענקט, נאָר באשטענדיק באגעגנט זײי א ברויגעזאָפּ- 
שטויסנדיקער ענטפער פון דער שװעל אראָפּ 

-- גייט, גייט געזונטערהייט. אין דער היים... אין מארק גיבן מיר נישט. 

אויך שטאָט-מעשוגאָיַם מײַדן אויס דעם מארק, גלײַך זי פילן, אז 
דאָרט איז קיין צײַט ניטאָ און קיין באלאָנים מיט זיי זיך צו פארנעמען. 

װײַל מארק-מענטשן זײַנען ערנסט. בא װײניק פארמעגלעכע דרייט 
זיך שטענדיק דאָס היטל פון זאָרג, װוּ נעמט מען, װוּ לײַט מען וייניק. 


28 


בא מער פארמעגלעכע--װוּ נעמט מען, װוּ לײַט מען מערער. גרויטע 
געשעפּטלײַט האָבן צו טאָן מיט גרויסע באל-האלװואָעס, מיט פּראָמילנו- 
קעס, און דער קאָפּ דארט פאר גרויסע וועקסלען צו צאָלן, קליינע -- פאר 
דעם רובל די װאָך דעם וװאָכערניק, אָבער באשעפטיקט און פארדרייט 
זײַנען אלע: מיט לייזן, ווען ס'לייזט זיך, און ווען ניט -- מיט ,אויסדרייען 
זיך" און ויַאזוי די קליינע אָדער גרויסע הױצאָע אױיסצושלאָגן. 

װײיניק ערנסט און מער זאָרגלאָז זײַנען מעשאָרסים: דער מאָרגעדי- 
קער טאָג איז ניט זייערער, און זיי ווילן אים אפן קאָפּ ניט נעמען. ביפראט 
יוגנט. זי דערלויבט זיך א שפּאס, אפילע ווען מע איז שטארק פארנומען, 
און באזונדערס, ווען מע איז פרײַ, און מער פון אלץ, געוויינלעך, זומער- 
צײַט, פאר שניט, ווען אלץ איז שטיל-געלייגט, ווען נישט פון נאָענטע, 
ער שמועסט, פון װײַטע ייַשוּים, באװײַזט זיך דעמלט קיינער, און 
גאנצע טעג גייט מען אום ליידיק. 

מע בראָט זיך דעמלט אף דער זון אין דרויסן, מע קילט זיך אין די 
קלייטן און סקלעפּעס אינװייניק, און אז אומעט בלײַבט אומעט, דאנקט 
מען גאָט, ווען מע געפינט א גראָשן אין קעשענע צו א נאָענט סאָדעװוא- 
סער-קלייטעלע צוצולויפן וואסער אויסצוטרינקען און עפּעס צו נאשף 
און אז ס'איז װײַטער ניט צו טאָן, דאנקט מען, --ווען מיטאמאָל א מע- 
שוגענע פּריצטע, װי די אלעמען אין שטאָט באװוּסטע פּאני אקאָטא, לע- 
מאַשל, באװײַזט זיך, מיטן אלטן מאנטעלע פון מיילעך סאָבעסקעס צײַטן, 
מיט די פיל פרענדז און טראָלדן, מיטן אלטן היטעלע, מיט די פיל סטענ- 
געס, קארעלן, שמאָכטעס און בימבערלעך באהאנגען. 

מע לויפט איר באלד אנטקעגן, גלײַך אלע ווילן זי פאר א קוינע אין 
זיערע קלייטן ארײַנרופן, און איינס א מעשאָרעסל פארלויפט איר פאר 
אלעם דעם וועג, טוט צו איר א גיי אונטער, און פון א זײַט, װי מע רופט 
א פּאָרעץ, טוט ער בא איר א פרעג, קלוימערשט, מיט קאָװעד; 

-- קאָמעץ צאדיק, פּאני? 

-- צאָ? -- פרעגט די פּאני אָפּ מיט א פראגע. 

און דאָס האָבן מעשאָרסים באדארפט. מע לאכט, מע קנײַפּט זיך און 
מע פארגייט זיך אין געלעכטער. און ענדיקן ענדיקט זיך די שפּיל קעסיי- 
דער מיט קוילעס, מיט קלאָלעס, מיט שעלטן ייִדן און ניט-ייַדן, מיט גרויס 
אָנגעלױף און סקאנדאלן, ביז די עלטערע מעשאָרסים און ביז אליין די 
באלעבאטים מישן זיך ניט ארײַן. 

אן אנדערשמאָל כאפּט מען ארײַן פון א נאָענט שטאָטיגעסל א מעשו- 
גענעם אף ניצעכע, װי, לעמאַשל, מאָנישן, דעם טאם, מיטן בלאַנדן יויזל- 
בערדל, װאָס באברעמט זײַנע שטארק בלאסע באקן. ער איז א קראנקער, 
רעדט שטיל, געציילטע װערטער און צערעפּעט. 

מע ברענגט אים אין א ווינקל, מע שטעלט אים ארום, מע זאָגט אים 
צו, װאָס ער וויל, אבי ער זאָל ענטפערן אף דער טױזנט מאָל אים שוין 
געשטעלטער און פון אים פארענטפערטער פראגע: 

-- מאָניש, אף װאָס דארפסטו א װײַב? 

-- אף דרײַ זאכן, -- ענטפערט ער און שמייכלט דערבל, 


29 


-- אף װאָסערע? 

-- אף גלע-ע-טן, קייידשן און קייייצילען. 

-- און מער ניט? 

-- אף װאָדאָדס דע-ען נ-אָראָך!. 

אזוי רוט דער מארק אין די נישט-לייזונגיטעג. מע עפנט דעמלט די 
קלייטן נאָר פאר יויצע-וועגן, װײַל נישט עפענען איז ניט שײַעך; מע 
נודיעט זיך אָפּ, װי לאנג דער טאָג איז, און ביז די זון אפן הימל-ראנד 
פארגייט ניט: מע שליסט און מע גייט אװעק, קעדיי אף מאָרגן ווידער 
אף פּוסטן צו קומען, אף די שוועלן צו שטיין, אף קיין קוינע ניט ארויס- 
צוקוקן, װײַל---אומזיסט. און אזוי די עטלעכע װאָכן, די גאנצע שניט-צײַט, 
ביז די טויטע צײַט גייט ניט איבער. 

היימישע, אייגענע, דה. קרעמער, הענדלער, באלעבאטים, װאָס ציען 
זייער כעיונע פון מארק, און װאָס נישט זיי אליין, נאָר זיײיערע עלטערן 
און עלטערנס עלטערן האָבן געצויגן, האָבן קיינמאָל קיין קאָפּ און קיין 
צײַט ניט צו טראכטן וועגן קיִעם און באשטאנד פון מארק און אין זײַן 
באשטענדיקײַט צו צווייפלען. 

פארקערט, מע איז זיכער: די צוגעקלאפּטע מעזוזעס צו די בײַשטידלעך 
פון די קלייטן און די פערדיש-פארזשאווערטע פּידקאָװעס, צוגעשלאָגן אף 
גליק צו די שװועלן פון די קראָמען פון אייניקע, פון די געמיינערע, היטן 
אָפּ דאָס געמיינע און דאָס וייניקיגליק פון די אײניקע;: און די 
פלעדערמײַז, געקוילעט מיט א גאָלדן רענדל, באהאלטן אונטער די 
שוועלן פון אנדערע, פון די מער גליקלעכע, היטן אָפּ דאָס מער-גליק און 
די שעפע פון די אנדערע. און אזוי, מיינט מען, װעט דאָס זײַן, אזוי װעט 
עס בלײַבן, װײַל פון אײיביק אף אײביק איז אזוי פון גאָט און דער האזש- 
גאָכע זײַנער אײַנגעשטעלט, אף דאָר צו דאָר, און טאטעס זאָלן קינדער 
מאכן יארשענען. 

א פרעמדער אָבער, ווען ער װאָלט אראָפּגעקומען און א שטיקל צײַט 
אין מארק אָפּגעװען, װאָלט ער גלײַך דערפילט א רייעך פון אומבאשטאנד 
און אז, מעגלעך, אין א נאָענטער, גאָר נאָענטער צײַט װעט שוין דאָ שמעקן 
מיט פּעגירע פונעם גאנצן האק-פּאק, פונעם קויף-פארקויף, טאראראם און 
שווינדליהאנדלשן הו-הא, און פון יענע אלע, װאָס דרייען זיך און זײַנען 
פארדרייט דאָ... 

באזונדערס, ווען ער װאָלט אראָפּגעקומען באנאכט, ווען ס'שלאָפט דער 
גאנצער מארק מיט אלע זײַנע הויפּט-גאסן און געסלעך, מיט די געמויערטע 
קלייטן און מיט די שטעלן און שטעלעכלעך, װאָס שטייען אף דער גאס, 
מיט די סקלאדעס און די פינצטערע רייען אונטער שווערע אײַזערנע טירן, 
לאָדן, קייטן און שלעסער; און ווען ער װאָלט דערזען די זיך לאנגװײַליקג- 
דיקע שאָמרים באנאכט, װאָס אמאָל שטייען זיי אָדער זיצן עטלעכע איניי- 
נעם גענעצנדיקע, און אמאָל צו איינציקע אין פארשיידענע וינקלען און 
גאס-עקן, און זעען אויס, װי טונקעלע אָנגעפּעלצטע גילגולים פונעם אלטן 
פארװאָגלטן גאָט מערקור, װאָס האָט פון אלטע צײַטן אהער, שוין א פאר- 
שפּעטיקטער, געטראָפן; ווען סיטרעפט א פרעמדער אהער און ער װאָלט 


2* 30 


דאָס אלץ זען, זאָגן מיר, איז אויב ער איז קיין נאָװי ניט, װאָלט ער, עמעס, 
קיין נאָװי ניט געװאָרן, נאָר אויב נאָר א מענטש מיט עטװאָס פײַנערע 
כושים, װאָלט זיך אים גלײַך עפּעס א טרויער אפן הארצן געלייגט און ער 
װאָלט דערפילט, אז די שוועלן, אף וועלכע די שאָמרים זיצן, זײַנען שוין 
שיווע-שװועלן, אז די פארכאסמעטע טירן, קייטן, שלעסער װעלן שוין קיינ- 
מאָל מיט קיין נײַע נישט פארביטן װערן און אז צום עמעסן רעמל און 
קעדיי דאָס בילד צו דערגאנצן, װאָלט מען דאָ, אינמיטן מארק, באדארפט 
אוועקשטעלן א מייסים-ליכט, א שטיל-ברענענדיקע און א דעם מארק שוין 
דערמאַנענדיקע. 


דאָס איז דער מארק-טייל פון דער שׂטאָט א-- דער ערשטער רינג. 
דער צווייטער: די שטאָט זעלבסט. 

ווען א פרעמדער װאָלט אין זעלבן באנאכט, ארויסגייענדיק פון מארק, 
זיך געװענדט צו די נאָענטע הײַזער, איז דאָס ערשטע, װאָס װאָלט זיך 
אים געװאָרפן אין אויג, װאָלט געווען א סעריע איין-, צווייד און מער- 
שטאָקיקע ביניאָנים, געבויט אף אן אלטן ארט און אויפן, פון מעשונענעם 
סטיל, אָדער בעסער געזאָגט: קיין סטיל. 

ער װאָלט גלײַך דערקענט, אז דאָס זײַנען נישט קיין װוין-הײַזער, נאָר 
גאַר צו עפּעס אנדערע צילן באשטימט, און אויב אפן ערשטן קוק װאָלט 
ער ניט געװוּסט צוליב װאָס פאר א ציל, איז באם צווייטן װאָלט ער זיך 
שוין זיכער אָנגעשטױסן: דאָס זײַנען פון דער איידע פון דער שטאָט א 
פאר זייער גאָט און פאר זײַנע מידעס דאָ געבײַען. 

ער איז א פארװאָגלטער און א פארגאַלעסטער, זייער גאָט. קיין סאך 
פאָדערט ער ניט, קיין איבעריקע זױיבערקײַט, רוים, לופטיקײַט און קאָלאָ- 
נעס: קיין פּוץ און אױסערלעכקײַט: נאָר דורך א קויטיקן, לאנג נישט גע- 
װוישטן און געוואשענעם פענצטער זאָל זיך באנאכט פון אינװייניק פון זײַן 
ביניען א קליינע צאנק-שײַן פון א ביליקן, ווייניקינאפט-געברויכעדיקן, 
לעמפּל ארויסזען: ס'זאָל דאָרטן שטיל זײַן, און א געבראָכן געמיט זאָל רוען 
אף דער שװועל פונעם ביניען, אף די פענצטער און אויך אפן דאך. אין איי- 
ניקע ביניאָנים זאָל אינװייניק אן עלנטער, נישט קיין באװוײַבטער שאמעס 
שלאָפן -- אויך א קויטיקלעכער און נישט קיין סאך פאָדערנדיקער דינער 
צו גאָט. אין אנדערע זאָלן גאנצע גרופּעס היײימלאָזע, באטאָגעדיקע הײַזער- 
גייער, בעטלער, שלעפּער אף בערג שמאטעס, אף בענק, און אליין אויך, 
וי בערגלעך שמאטעס אויסזעענדיקע, אין דער פינצטער כראָפּען. און אין 
אנדערע אייניקע זאָל, פארקערט, דאפקע אינמיטן באנאכט פון אלע צוועלף 
פענצטער, װי סיפאָדערט די טראדיציע פון יענעם גאָט, פון זײַנע ביניאָנים 
א גרויסע שײַן ארויסשײַנען, ליכט און לאָמפּן זאַלן ברענען, ס'זאָלן זיך 
מערסטנטייל פון דאָרט ייַנגלשע ווארעם-זינגענדיקע קוילעס הערן, װאָס 
לערנענדיק דעם גאָטס געזעצן און געבאָטן, דינען זיי צו אים און װערן 
אים פארעכנט וי קאַרבאָנעס, װאָס ער האָט אמאָל, בעשאס זײַן גדולע, נאָך 
געהאט, און איצט -- פון לאנג שוין אָנגעװוירן. 


יוט 


אָט האָט איר אײַך איינעם אזא ביניען. 

ער איז מיטן פרונט געװוענדט צו א לײידיקן קליינעם פּלאץ; א צויי- 
שטאָקיקער. אין אונטערשטן שטאָק, קײַלעכיק און ארום אים, קלייטן און א 
ביסל װווינונגען, פלייש-און-גרויפּןיקראָמען און אנדערע, אף האכנאָסע פאר 
דעם ביניען, און אפן צווייטן שטאָק, -- זי, די שול אליין, קוקט מיט איר 
ארײַנגאנג-זײַט, מיט א גרויסן פיל-יפענצטערדיקן קאָרידאָר, צום פּלאץ 
ארויס, און מיט די איבעריקע דרײַ זײַטן, װאָס אין יעדערער צו דרײַ פענצ- 
טער, -- אין פארשיידענע געסלעך. 

,די אָפּענע* רופט מען זי. 

פארװאָס? 

אין דער צאװאָע פון דעם, װאָס האָט זי צוריק מיט אריבער הונדערט 
יאָר געבויט, איז פארשריבן, פארזאָגט, אז איר טיר זאָל זיך קיינמאָל ניט 
פארשליסן, נישט באטאָג, נישט באנאכט, נישט זומער, נישט ווינטער, נישט 
קיינמאָל, אזוי לאנג, ביז זי װעט (צו האָפן, ביז מאָשיִעכס צײַטן) אף איר 
גרונט שטיין. 

זי איז דערום באשטענדיק אָפן, די טיר. פאר אלעמען, פאר די אייגע- 
נע פון שטאָט, װאָס קומען דאוונען און לערנען, אויך פאר די, װאָס קומען 
זומער זיך קילן און ווינטער זיך אָנווארעמען, -- הענדלער, קרעמער, טרע- 
גער און אנדערע, װאָס כאפּן זיך אָפט ארויס פון פּוסטן מארק-טומל, קעדיי 
מיט אן אנדער, בארויקנדער לופט אן אָטעם טאָן; דאן אויך פאר פרעמדע, 
אַרעמעלײַט, װאָס זי איז די איינציקע סטאנציע זייערע, אהער אין א קו- 
מענדיק. און װאָס אמאָל פארברענגען זיי דאָרט װאָכן, אמאָל אויך כאדאָ- 
שים: דאָרט עסן זיי, שלאָפן, און קיינער, לויט דער צאװאָע, האָט קיין רעכט 
ניט דאָס זיי צו פארבאָטן. 

מע דאוונט דאָרט: פון פרימאָרגן ביז שפּעט נאָך האלבן טאָג, גאנצע 
מיניאָנים און אויך איינצלנע. און באנאכט לערנט מע אין אָװנט -- 
מיטליאָריקע און עלטערע, װאָס נאָכן לערנען גייען זיי אהיים שלאָפן, און 
באנאכט -- מערסטנס וואך-בלײַבנדיקע יוגנט. 

ס'איז דערום זעלטן-ווען צו טרעפן ,די אָפענע" א לײדיקע און אָן 
מענטשן, די טיר פארמאכט זיך קיינמאָל, טאָמיד ארײַן -- ארויס. 

ס'איז דאָרט א זאמלפּונקט פאר פארשיידענע אינטערעסן. דאָ שטייט 
מען א רעדל און מע רעדט פון געויינלעכע װאָך-זאכן, און דאָרט זיצט 
אָדער שטייט איינער א יונגער אָדער עלטערער און איז אין א טיפן 
שטארק-פארדרייטן לערן-איניען פארטאָן, װאָס האָט צו אלעם אים ארומ- 
רינגלענדיקן קיין שײַכעס. 

פארשיידענע זײַנען אויך די לערנער. א קליינער טייל באָכערים הי- 
גע -- פארמצגלעכע און האלב-פארמעגלעכע, וועלכע די עלטערן האלטן 
אויס. אָבער מערסטנס -- פרעמדע, אף פרעמדן אויסהאלט, וועלכע אנדערע 
האלטן פאר א מיצווע מיטן נייטיקסטן צו באזאָרגן. 

מע טרעפט דאָרט יוגנט פון די נאָענטע, אין יענער געגנט ליגנדיקע, 
ייִשוּװים, און אויך פון װײַט, פון װאָלינער און פּאָדאָליער גרענעצן, און 


2--9 39 


אויך פון װײַטן פּױלן אפילע -- יעדערער מיט זײַן אויסשפּראך, געזאנג, 
געזעמל און האװײַעס. 

אָט דער אוילעם -- א שטארק אָרעמער, אן ארומגעריסענער. ער גייט 
ארום זיך שלעכט, זאָרגט וועגן זיך װײיניק, אָבער דערפאר איז ער דער 
זאך, צוליב וועלכער ער געפינט זיך דאָ און צוליב וועלכער ער איז גע- 
קומען אהער, איבערגעגעבן; דערפאר איז ער אויך אזוי באגײַסטערט, אָט 
דער אוילעם, און אזוי װײַט פארטאָן און פארשלונגען מיט װעלן דער- 
גרייכן דעם ציל, אין וועלכן ער איז פארגלייבט, אז דער טאָג איז אים 
װײיניק, און אָפט איז ער אויך אין די באנאכטן אוף. 

דער שול-ביניען איזן דעמלט שטארק באלויכטן. איבער יעדער יוגנט- 
לעכנס קאָפּ הענגט אראָפּ א לאָמפּ פון דער סטעליע אָדער פון א זײַטן- 
וואנט, בא וועלכער ער לערנט. יענע, װאָס זיצן װײַטער פון די לאָמפּן, אין 
א ווינקל פארוקט, האלטן ליכט אין די הענט, זייערע ספאָרים צו באלויכטן. 

די שײַן דערום פילט אָן ניט נאָר דעם שול-ביניען, נאָר שײַנט ארויס 
אויך אין דרויסן, און בא א פרומען דורכגייער, אָדער בא די, װאָס קוקן פון 
אנדערע, נידעריקערע הײַזער, ארוף אהער, צום שול-ביניען, און זעען אים 
פון אלע זײַטן א פול-ליכטיקן, -- שאפט ער א געפיל פון א לויכטנדיקן 
וואך-אינדזל אינמיטן דער שטאָט-פינצטערניש: שׂאפט א געפיל, אז יאָ: 
ס'באוואכט און ס'באזאָרגט דער שול-אינדזל א גאנצע שטאָט א שלאָפנדיקע 
מיט ליכטיקער פאָרשטייערשאפט פארן הימל און הימלשן באזאָרגער. 

ביפראט, אז דער פרום-גלייביקער גייט דורך און הערט די יונגע קוי- 
לעס -- די שרײַענדיקע, בענקענדיקע, ברומענדיקע, און די אסקעטיש- 
פארשמאכטע ניגונים, פון װײַטן מיזרעך אהער פארטראָגענע, וי פון ער- 
געץ אלדי רוכישע מיזרעכישע מולא- און דערווישישולן; יענע ניגונים, 
דורך וועלכע אָט די יוגנט, װאָס האָט זיך פרײַװיליק פארשלאָסן אין די 
ענגע פיר וענט, אָטעמט און הויכט אויס איר נישטיבאפרידיקטע קער- 
פּערלעכקײַט אין אנציקטיעקסטאטישע געשרייען, -- שאפט עס, זאָגן מיר 
װײַטער, בא די פרומע פארבײַגייער א געפיל, גלײַך זיי װאָלטן צוגעקוקט, 
וי יונגע קאָרבאָנעס זײַנען זיך אליין פאר עמעצנס זינדיקײַט מאקריוו. 

דאָס איז אײַך איינע א שול, 

און אָט איז אן אנדערע דאָ דערבײי, װי די ,היציקע", לעמאָשל, װאָס 
אזוי רופט מען זי, װײַל היציקע, האלב-דולע, שטארקיפרומע כסידישע 
סעקטעס, װי קאָצקער, קארלינער, דאוונען דאָרטן, ווילדעווען, דראפּען זיך 
אף די ווענט, לויפן אום, און זייער אינערלעכן רעליגיעזן ברען מיט איי- 
גענע קוילעס קילן זיי, 

אנטקעגן דער היציקער -- ,די קאלטע". 

א ביניען, װאָס אפילע זומער, אז איר גייט אהין ארײַן, גייט אײַך דורך 
א קעלט דורך די בײנער; אויך א צװײישטאָקיקער, אויך אונטן קראָמען, 
אויבן -- זי. 

שטארקאָפּגעפּאָלירטע, גלאטע פּאָרענטשעס, פון פיל הענט, װאָס האָבן 
זיך יאָרן בא זיי אָנגעהאלטן בייסן ארופגאנג, פירן דורך א קאלט-סקלעפּישן 
פּאָליש און דורך עטלעכע טרעפּ צו איר ארוף, 


39 


א הויכע געבראָכענע סטעליע, אינפינפן געטײילט. אונטער דעם פינפטן 
טייל, די מיט, מיט הויכע זײַלן אונטערגעשפּארט, איז דער באלעמער. פון 
די פיר זײַטן -- קאלטע, אף שטריק אראָפּהענגענדיקע הענג-לײַכטער, װאָס 
ס'דאכט זיך, אז נישט דער גאז אין די לאָמפּן, נישט די ליכט אין די רערן 
לויכטן נישט, ווארעמען נישט. 

קאלטע דאוונער, טרוקענע לאמדאָנים, ליטוואקעס. ס'ווייעט פון זיי, 
פון זייערע טפילעס און ניגונים, מיט עפּעס אן אָפּנעלעבטקײַט און פּו- 
סטקײיט. 

מ'רופט זי , די עווענעזרעניקעס" -- אפן נאָמען פונעם מיטלאלטער- 
לעכן שפּאנישן פּאָעט און פילאָסאָף, װאָס זײַן ראציאָנאליסטישער גײַסט 
האָט זיך דאָ, צװישן גרויסן געדיכטן שול-רומל, וי אן אָפּגעזונדערטע 
קאלט-פארלאָזטע נעסט געפונען. 

ווען ניט די שול-זאכן אינװייניק, ווען נישט דער אָרנקױדעש, באלע- 
מער, בענק, סטענדערס, שאפעס, ספאָרים, װאָלט מען סײַ אויסערלעך, סײַ 
אינערלעך אָט דעם ביניען גיכער פאר א מין מאצייווע און ,מײַערל?- 
ביניען געקאָנט אָנעמען.. 

און אָט איז ,די אלטע?. 

די עלטסטע פון אלע. 

אז איר גייט צו איר צו, זעט איר, אז דער וועג צו איר ארײַנגאנג איז 
פון דוירעס אומגליקלעכע און פארפינצטערטע אױסגעטראָטן. גייט איר אין 
איר ארײַן, פילט איר, אז גאנצע יאָרהונדערטן האָבן דאָרט געלאָזט זייער 
פארצאָרנטן און פארוויסטעטן אָטעם, 


דער וועג צו איר טיר און פארבײַ איר גאנצן פרונט איז מיט פּלאטשיק- 
גאנצע פּליטע-שטיינער געפלאסטערט, אויסגעריבענע, אײַנגעטראָטענע און 
שוין דינלעכע. - 

די טיר, װי א טױיער די גרייס. פון אײַזן געמאכט, מיט קײַלעכיקע 
גרויסע קעפּיצװעקעס באשלאָגן. א לאנגער, היפּשפונטיקער שליסל פון 
אן אלטן מײַסטער, מיט קונציק אויסגעביסענע ציין, שווער א צווייטן אזוי- 
נעם צו געפינען, דרייט זיך עטלעכע מאָל איבער אין שלאָס-לאָך, און קיי- 
נער, אויסער דעם שטענדיקן שול-שאמעס, װעט אין ריכטיקן אָרט אהין 
ניט ארײַנטרעפן, 

נאָכן טויער קומט איר אין א פּאָליש, א פינצטערלעכן, װײניק פון 
דרויסן באלויכטן און נאָך װייניקער פון די אייבערשטע פארשיידן-קאָלירטע 
טאפליעלעך, װאָס איבער דער צווייטער טויער-טיר, וועלכע פירט אין שול 
ארײַן. 

אז מע עפנט די צווייטע טיר און איר טרעט אריבער די שװועל, מוזט 
איר גלײַך דעם קאָפּ און די אויגן ארוף ווענדן. צי איר װילט צי ניט, 
נאָר אזוי האָבן די מײַסטערס, דאכט זיך, געװאָלט און אזא קאװאָנע אין 
געבײַ ארײַנגעלײגט, אז דער גלײביקער ארײַנגייער, באזוכער זאָל באלד, 
שוין באם שוועל-ארופטרעטן, גלײַך דעם קאָפּ א הייב טאָן, א קוק געבן 
און א טראכט טאָן, אז ס'איז עמעצער העכער פון אים פארגאנגען, איבער 


24 


איִם, איבער זײַן מאזל, און די ערשטע רעליגיעזע ציטערניש זאָל אים 
אדורכגיין, אדורכנעמען. 

די סטעליע -- א הויך-רוימיקע, און אין צענטער, אז מע קוקט זיך 
אײַן -- אן איבעראשונג: א סטעליע אף א סטעליע. ס'א פארטיפונג, װאָס 
אפן ערשטן בליק איז זי ניט צו מערקן. 

די שול, די מיזרעך-זײַט, באזונדערס דער היפּש-יברייטער און ביז דער 
העכסטער הייך ארוף-:דערלאנגענדיקער אָמעד, איז מיט גאָלדיגעפארבטע 
כײַעס, פויגלען, מאלאָכים, פרוכטן, בלומען, שפּיליאינסטרומענטן און מיט 
געדריידלט-געפלאַכטענע צװײַגלעך באדעקט. 

די וענט און די סטעליע -- אין אייל-פארב. פאָלקס-פּרימיטיווע מי- 
סטערס האָבן, װאָס זי האָבן געהאט פון זייער גלײיביקער קונסט, אין גרויס 
נאיװוקײַט און אין קינדערשער פּאשטעס, דאָ אָפּגעגעבן. בילדער פון מיטאָס 
פון לעבן פון די אָװעס, װי אװוראָהאָם, לעמאַשל, ברענגט ייִצכאָקן צו דער 
אקײידע; מוישע אפן בארג סינײַ מיט די לוכעס: ייִצכאָק ליגט שוין אפן 
האָלץ געבונדן, און אװוראָהאָם האלט שוין גרייט דאָס מעסער, און דער 
מאלעך באװײַזט זיך און האלט אים אָפּ פון זײַן איינציקן זון צו קוילען. 
מוישע מיט די לוכעס, און ארום אים דער רייכערנדיקער בארג מיט די 
פײַער-שטרייפלדיקע בליצן. דאן דער אייגל, דער מישקן, אאוו. און אזוי 
אלע ווענט, ביז דער סטעליע ארוף, און אויך די סטעליע אליין מיט אזוינע 
בילדער. 

דאן די בימע, װאָס מ'גייט צו איר ארוף דורך היפש טרעפּ, און זי 
איז פון די פיר זײַטן מיט קינסטלעכע פרוכט-ביימער פארשטעלט, פון 
וועלכע קינדער קאָנען די אויגן ניט אָפּרײַסן, און אויך עלטערע גלײיביקע 
מאכט דאָס באלעמער-פארשטעלטקײַט זייער הארץ פאָכען. דאָרט, אויבן, 
פלעגט אמאָל, אף וועמען מע האָט באדארפט, דער כיירעם אויסגערופן 
װערן: פון דאָרט האָט זיך אין געוויסע צײַטן דער געוויסער שויפער גע- 
הערט, ווען פון ,הימל" א גזאר, אָדער פון מאלכעס א גזיירע: דאָרט האָט 
מען גרויסע פאָלקס-לײַט נאָך זייער טויט באוויינט, און פון דאָרט האָט 
מען נײַע פאראָרדענונגען און באפעלן פון קאָהאָל און פון ‏ קייסער -- 
יאָרום הוידוי" אראָפּגעלײענט. 

די שול איז אינדערעמעסן ניט אזוי גרויס, נאָר ווען ס'איז א פײַערונג, 
א סימכע, האָט זי באוויזן די גאנצע א יער שטאָט ארײַנצונעמען, און, 
נאטירלעך, א ביסל אויך נאָך אין דרויסן געלאָזט. 

אליין דער מיטלסטער קאָרפּוס, דאן די צוויי אלקערס פון רעכטס און 
לינקס, -- און דאָס פאָלק האָט זיך געקליגט און זיך אזוי ענג געשטופּט 
און אזוי יעדער מינדסטן כאָלעל אָנגעפילט, אז ס'איז שוין בעעמעס קיין 
שפּילקע ניט געווען װוּהין צו ווארפן. ווענט האָבן געשוויצט, און פּאַטיאַ- 
קעס האָבן פון זייער איילפארביקער גלאטקײַט, פון ענגשאפט און היציקן 
אָטעם, גערונען. און אָט דער אָטעם אין שול האָט זיך געפילט אפילע ווען 
זי איז ליידיק געווען, -- דער אָטעם פון פיל מאָל דאָ געוועזענע גרויסע 
מאסן, וועלכע האָבן אף א געוויסן אויפן געוויסע געשעענישן דורכגעלעבט. 

די שול איז פאר מאנצבלען באשטימט. און פאר װײַבער -- אף א 


35 





שטארק-הויכן עטאזש, אין אלע דרײַ זײַטן, גאלערייען מיט גראטעס, אזוי 
אז די מענער פון די פרויען זײַנען שטארק אָפּגעטײלט. 

אָבער געווען צײַטן, ווען די װײַבער פלעגט אויך דערלויבט װוערן אונטן 
אראָפּגײן און אן אנדערשמאָל נישט דערלויבט, נאָר די װײַבער האָבן זיך 
אליין די דערלויבעניש גענומען: זיי זײַנען ארײַן, א צעהיצטע, ווילד-פללענ- 
דיקע מאכנע, מיט היסטעריש-אופגעפּראלטער האָזע צום אָרנקױדעש צה 
אים געעפנט און אהין מיט אזא ווילדן יאָמער זיך געריסן, װאָס מאנצבלען 
פארמאָגן ניט אזוינעם, -- ווען ווידעראמאָל א גזאר -- רעקרוטשינע, 
,פּאָימעניקעס?, כאפּערס -- און ווען אף שטאָט אן אומגליק, א שלאפקײַט, 
א כאָליערע, א מאגייפע, לעמאָשל. 

די שול איז נישט נאָר אף געוויינלעכן דאוונען. דאוונען דאוונט דאָרט 
אינדערפרי און אפדערנאכט נאָר אן איינציק געציילטער מיניען. לערנען 
לערנט מען דאָרט ניט. נעכטיקן -- אוואדע ניט: מע טאָר נישט. נאָר דע- 
ריקער איז זי פון אלע שולן די שול, פון אלע גאָטס הײַזער אין א דאָס 
איינציקע גאָטס הויז, װאָס דאָס פאָלק האָט דעם אין גרונט א לעגענדע 
וועגן א הײליקן אוועקגעלייגט, װאָס דערפאר, װאָס ער האָט אף יענעם 
אַרט געליטן פאר דער עמונע און גרויס גװוּרע און מעסירעסנעפעש ארויס- 
געוויזן, דערפאר איז דאָס אָרט דער הויפּט-זויכע, דערפאר מיט לעגענדע- 
לופט אײַנגעהילט, דערפאר האָט דאָס פאָלק זי אלע צײַטן און אף אלע טעג 
פאר אלעמען פארשלאָסן און פּוסט געלאָזט, און נאָר אין פײַערלעכע אויס- 
גענומענע מאָמענטן גרייט אירע טירן פאר יעדערן צעעפענען און -- 
נאָכאמאָל -- דערפאר איז זי באטאָג פּוסט, און באנאכט, לויטן אָבערגלױבן, 
פאר נעשאָמעס פון געשטאָרבענע א זאמל-פּונקט, און דערפאר גייט מען 
און מע האלט זיך, װער ס'דארף באנאכט, פונדערװײַטנס פון איר, און 
דערפאר איז אליין אפילע דער שאמעס, איידער ער עפנט זי אוף אינדער- 
פרי, קלאפּט ער פריַער אָן אין דער טיר, -- וועמען מע דארף, פון די בא- 
נאכטיקע נעשאָמעס, װאָס קלײַבן זיך אהין, וועגן זײַן אָנקומען צו וויסן 
געבן... 

זי איז הויך, די שול, דער העכסטער ביניען פון שטאָט, העכער פון 
איר טאָר מען, לויטן מינהעג, קיינעם ניט לאָזן זיך בויען. דער איינציקער 
ביניען, װאָס פארמעסט זיך מיט איר אין הױכקײַט, איז דער קלויסטער 
פון שטאָט, אָבער יענער גייט אין כעזשבן ניט ארײַן, יענער איז פון 
פרעמדן פאָלק און פרעמדן מאלכעס. און א פרעמדן, ביפראט, ווען יענער 
איז דער שטארקער, מוז מען, װוי באװוּסט, דאָך נאָכגעבן... 

דאָס איז די אלטע שול, 

דאן קומען די שולן פון פארשיידענע באלמעלאַָכישע פאכן, סאָכריש- 
הענדלערשע בראנזשעס, פון פרומע און ווילטעטיקע כעוורעס -- שולן 
פון שוסטער, שנײַדער, שמידן, סטעלמאכערס, קאצאָװוים; שולן פון טװוּע- 
הענדלער, מױכער-פּײירעס, דאָנער (פאר די, װאָס פאָרן אפן דאָן), מאָס- 
קווער, דאנציקער, ביקור-כוילים אאוו. פון אנדערע כעוורעס און כסידים- 
סעקטעס, -- און דאָס אלץ אף איין אָרט, איינס לעבן אנדערן, איינס אונ- 
טער און איבער דעם אנדערן. און איצט, באנאכט -- אין איינער א שול 


36 


איינע נאָר א ליכט לויכט זיך, אין דער אנדערער -- קיין ליכט, אין דער 
דריטער -- פיל ליכט; אין איינער קיין נאכט-לערנער, אין דער צווייטער -- 
איינער אָדער צוויי לערנער, און אין דער דריטער פיל לערנער, -- און 
די אלטע שול מיט איר הויכער פינצטערקײַט, פארשלאָפּנקײַט, מיט איר 
געפּלאסטערטן צוגאנג און שטומע טירן -- איבער זיי אלע, שטייט און 
דעקט זײי, שטייט און דרעמלענדיק וואכט איבער זיי. 

א פרעמדער, זאָגן מיר, ווען ער טרעפט אהער באנאכט, פון דעם מארק- 

טייל אָנקומענדיק, װאָלט גלײַך דערזען די סטרוקטור און לעבנשטייגער 
פון דער א -ער אײידע; דערזען, אז דער מארק איז איר לעבנס-צענטער, 
און אז איר גאָט היט איר קעשענע... זי, די איידע אליין, װוינט אין זײַ- 
טיקע פארוקטע געסלעך, און זיי, די געסלעך, מיט די שלאָפנדיקע אײַנוווי- 
נער אין זיי, זעען אויס, װי ניט דער איקער צו זײַן, נאָר װי א צוגאָב 
צום איקער, צום מארק, װאָס האָט זיי נעכטן געשפּײַזט און מאָרגן דארף 
ער זי װײַטער שפּײַזן, און קעדיי ניט צולאָזן דעם מארקס נעכטיקן אומרו 
אינגאנצן זיך אױיסװעפּן און אים אין מאָרגעדיקן ווידער-אומרו צו דער- 
מאָנען, האָבן זיי אים, אין די רוישאָען, שאָמרים אוועקגעשטעלט, און אויך 
דעם גאָט זייערן, -- ער זאָל ניט שלאָפן און נישט דרעמלען, -- האָבן זי 
די ייַנגסטע קינדער זייערע אין די שולן וואך געלאָזט, זיי זאָלן אים פון 
אלטקײַט און צו זײַן בארוף וועקן. 

און נאָך װעלן מיר צוגעבן: אז װען דער פרעמדער װאָלט בא יענע 
שול-ביניאָנים, זאָל זײַן זומער אָדער ווינטער, די נאכט איבערגעשטאנען 
און אף טאָג זיך דערווארט, װאָלט ער דערזען, אז ווען דער טאָג דארף 
איבער יענע מעקוימעס אן אויג עפענען, עפנט ער, אָבער באלד מאכט ער 
עס צוריק צו... און נישט נאָר דערפאר, װײַל ס'איז נישט איבעריק זויבער 
דאָרט, און אויך נישט, װײַל צופעליק און ציגײַנעריש-יטאבאָריש די הײַזער 
דאָרט צעשטעלט. ניין, נאָר דעריקער דערפאר, װײַל א פארורטײילטקײַט 
און עפּעס א בראָך-פאָרױסזאָג הענגט איבער יענעם אָרט, -- איבערן גאנצן, 
איבערן מארק, אוביפראט אף יענע שול-ביניאָנים, װאָס, קלוימערשט, זײַ- 
נען זיי די היטער, קלוימערשט -- די וואך און באזאָרגער פון דער 
איידע, אָבער אינדערעמעסן איז א ווילד ראכמאַָנעס שוין ה ײַנט אף זײ 
צו קוקן, און אף מאָ רגן, ער וייסט, -- מעגלעך, אז ס'וועלן אף זי 
שוין פארזשאווערטע געדעכענישישלעסער הענגען: מעגלעך, זיי װועלן אפן 
אאוקציאָן פארקויפט װוערן, מעגלעך (ווען קיינער וועט זי ניט קויפן) פון 
אלטקײַט צעשיט װערן, און, מעגלעך, אז אנדערע צײַטן װעלן קומען 
און װעלן אָט די ביניאָנים צוליב אנדערע, גאָר אנדערע צװעקן בא- 
נײַען.. 

אלץ מעגלעך... דער טאָג אָבער, אז ער עפנט, סאָפקאָלסאָף, דאָס אויג, 
דערזעט ער: 

א גרויסע שטאָט איז דורך א טײַך אין צוויי טיילן צעטיילט. דער טײַך 
איז בא די ברעגעס מיט אלט-דורכגעפוילטע שטאמען און מיט געדיכטע 
קרוינען פון וויידן-ביימער באשטעלט. די ביימער -- מיט די פיס אין טײַך, 
און מיט די קעפּ דעקן זיי אים איבער און מאכן זײַנע וואסערן טונקל- 


87 


גרינלעך -- א באהעלטעניש פאר פיש, פרעש, שלענגלעך און פאר פאר- 
שיידענע וואסער-געוויקסן און אנדערע ווידמונגען. 

איינצלנע אלטע פישער, אף שיפלעך אינמיטן טײַך, ווארטן גאנצפרי אף 
די נעצן אָדער אף די ווענטקעס, װאָס זיי האָבן פארװאָרפן, זיי זאָלן זיי 
פאר זייער פארטאָגיקן פישער-געדולד מיט הי-טײַכיקן קליין-פישלדיקן 
פאנג-לוין באלוינען. 

הערטלעך קאטשקעס און גענדז, יעדעס הערטל פון איינעם א פאָרויס- 
שווימענדיקן קאטשער אָדער גאָנער אָנגעפירט, שווימען שטיל די ברייט 
פון טײַך, פון ברעג צו ברעג, אריבער. 

אייניקע וועשערנס וואשן שוין זייער גרעט באם ברעג, און דער אָפּ- 
הילך פון שווענקען און פּראטשען איז אזא נישטיקער, װאָס טוט אפילע 
די נאָענט-שװוימענדיקע פיש ניט שרעקן. 

ס'איז א פאר-זון-אופגייענדיקע שײַן מיט ביימער-איבערגעבױגנקײַט 
און נאכט-שאָטנס איבערן טײַך. 

נישט װײַט פון טײַךיפלאך -- לעוואדעס, וועלכע זײַנען פון פרילינג- 
דיקן געוויסער אפן גאנצן זומער ערטערװײַז נאס, פײַכט פארבליבן: גרינע, 
מיט הויכן שאווער און מיט פיל געלע קעפּלעך פון בלאָזיבלומען בא- 
דעקט. 

אף די לעוואדעס איז זעלטן-ווען עמעצן אין אָט דער צײַט צו זען 
אויסער א פארדעכטיקע גרופּע פּארשוינען אמאָל, װאָס קומען אהער וועגן 
זייער א פארדעכטיקיפארטראכטן איניען ווען ארומריידן, אָדער מיט די 
זאכן פון א שוין דורכגעפירטער גנייווע זיך צו צעטיילן. 

העכער די לעוואדעס, פון ביידע זײַטן טײַך, -- די שטאָט, װאָס אירע 
ביידע טיילן זײַנען פארייניקט: נידעריקער פון דער הרעבליע, װוּ דער 
טײַך איז שמאָל, מיט אן אלטמאָדישער , קלאדקע", װעדליק אף דרײי-פיר 
מענטשן אין דער ברייט, און העכער דער הרעבליע, װוּ ס'איז ברייט דער 
טײַך -- מיט א הײַנטצײַטיקן שוין בריק, א הילצערנעם, אָבער שוין א 
גאנץ ברייטן, אף היפּשע קלעצער געבויט, מיט א פאָר-פּלאץ פאר צַװויי 
פורן הין-אוןיהער, און אויך מיט זײַטן-װעגן פאר פוסגייער בא די פֹּאַ- 
רענטשעס. 

דערװײַל שלאָפן נאָך די ביידע בריקן, און ס'איז אף זי קיינעם ניט צו 
מערקן. און נישט נאָר זיי, נאָר די גאנצע שטאָט שלאָפט נאָך. 

די איינציקע, צוערשט דערוואכנדיקע, װאָס דער טאָג דערזעט אין 
שטאָט, זײַנען: 

41 -- דער עלטסטער ראָוו פון שטאָט. דער גרײַזיגראָער, מיטן לאמדאַָ- 
ניש-כאריפישן פּאָנעם, קלוג און פּאָליטיקאניש. ער שטייט אפן הילצערנעם 
גאנעקל פון זײַן צװײישטאָקיק הײַזל, װאָס געפינט זיך אפן פּלאץ פון דער 
אַפּענער שול, אף איר קעגניבערדיקער זײַט. 

נישט װי געוויינלעך, און נישט וי אנדערע פון זײַן גראד, װאָס זײַנען 
אינדערפרי אין א כאלאט אָנגעטאָן. ניין. ער -- אין דער שווארצער קא- 
פּאָטע שוין, שטארק זויבער, און װעדליק פאר זײַנע יאָרן, נאָך זײיער 


8 


טשעפּקע!, -- שטייט און טאָמיד פארשטעלט ער מיט דער רעכטער לעפל- 
האנט די אויגן און דעם שטערן פאר דער שײַן. 

ער פעדערט זיך דער ערשטער,--אָדער, װי מע דארף רעכענען 
מאכמעס עלטער, אָדער מאכמעס, װוי די שטאָט זאָגט און האלט, מאכמעס 
זײַן שארפן קאָפּ און לעבעדיקע געדאנקען, װאָס לאָזן אים ניט רוען און 
הייבן אים טאָמיד פארפרי פון בעט ארויס. 

דאָס איז רעב דודי, וועלכער איז דער גאנצער שטאָט באװוּסט, פאר 
וועלכן א גאנצער קאנט האָט דערעכערעץ, און װאָס אויך אויסער זײַן קאנט 
שעמט ער שטארק אלס לערנער, אלס גרויסער באל-כעזשבן און אויך אלס 
באלימעדאקדעק גרויסער. 

ער אָטעמט מיט דער ערשטער לופט פון טאַג, וען קיינער איז נאָך 
אפן גאס ניטאָ, ווען די זון איז נאָך אפן הימל ניט ארויס, ווען אלע שלאָפן 
נאָך, און ווען אפילע , די אָפענע", פון וועלכער די גאנצע נאכט האָבן זיך 
געהערט די געוויסע קוילעס, איז איצט אײַנגעשלאָפן, װײַל אירע לערנער 
זײַנען מיד, און זעלטן-ווען, אין אָט דער צײַט, באװײַזט זיך עמעצער אן 
ארײַנגײער אָדער ארויסגייער אף איר טיר. 

2) - דער צווייטער -- יאנאָווסקי, דער פּוילישער דאָקטער. 

אויך א זאָקן, מיט א באָבישן גאנג און מיט א ליימיקן בליק שוין, מיט 
צוויי שטארק-װײַסע באקנבארדן און אינמיטן פראנץ-יאָזעפיש אױיסגעגאָלט. 

ער איז סטאראָסטע אין פּוילישיקארמעליטישן קלויסטער, וועלכער גע- 
פינט זיך אף דער צווייטער זײַט מארק; פון יענעם קלויסטער, װאָס אפן 
פראָנטאָן פון זײַן ארײַנגאנגיטױער אויבן איז אין א האלבקײַלעך דער 
בארג קארמעל אױסגעמאָלט, עליַיאָהו האנאָװוי, אײַנגעהילט אין א רוי- 
מישן מאנטל, זיצט בא זײַן צופוסנס, און פויגלען איבער זײַן קאָפּ טראָגן, 
ברענגען אים שפּײַז אין די שנאָבלען... ער, יאנאָווסקי, קומט דער ערשטער 
גלײיביקער פארטאָג די ערשטע טפילע אָפּצוריכטן אין יענעם קלויסטער, 
װאָס אין דער אלטער פעסטונג, וועלכע איז א נישער און אן אלטע דער- 
מאָנונג פון קאזאקישע אופשטאנדן פון כמעלניצקיס און גאָנטעס צײַטן 

זי איז שוין אלט, די פעסטונג, מיט מעשופּע, נײַיצוגעבויטע פּידמורקעס 
אונטערגעשפּארט. אף די ווענט, סײַ אף די אלטע, סײַ אף די נײַע, וואקסן 
ווערבעס. די הארמאטן און שאנץ-לעכער דינען פאר נעסטן פאר די פויג- 
לען. און דאָס איינציקע לעבעדיקע, װאָס איז איר פארבליבן, איז איר הויף, 
װוּ דער פּײַערלעשער-טורעם געפינט זיך, און אויך דאָס אלטע, רויט-ידעכל- 
דיקע קלויסטערל, פון גאָטישן סטיל, װאָס קלינגט אף נײַיגוואלד בייס א 
סרייפע, און זײַן שווארצער זיך-הוידענדיקער גלאָק דינט אלס שטאָט- 
זייגער צו וויסן געבן דער שטאָט אירע פערטל, האלבע און גאנצע 
שאָען. : 

יאנאָווסקי איז טאָמיד, סײַ ווינטער, סײַ זומער, דער ערשטער אין גאס. 
נאָר צוקומענדיק צום שטענדיק אָפענעם טויער פון קלויסטער, װאָס צום 
גאס ארויס-צו, טרעפט ער זיצן בא די בײַשטידלעך, וי נאָך פון נעכטן 


ז ציכטיק. 


39 


און אייערנעכטן פארגליווערטע, א פּאָר אלטע פּולישע זקיינעס, װאָס זעען 
אויס, מיט די אריבערגעצויגענע קליידער איבער די קני, װי סטאטועס אין 
קלויסטערינישעס; זיי זיצן אין דער באװוּסטער קאטויליש-קנעכטישער 
האכנאָע, די אויגן צו דער ערד אראָפּגעלאָזט, בעטלען, קיין װאָרט ניט 
ארויסלאָזנדיק. 

יאנאָווסקי גיט עפּעס אמאָל די בעטלערנס, אָדער גיט ניט, נאָר אלנ- 
פאלס איז ער טאָמיד דער ערשטער, פון וועמען זייער בעטלערישער אָנ- 
הייב-טאָג דערווארט עפּעס. 

און אָט אזוי איז יאנאָווסקי דער ערשטער, װאָס קומט מיט זײַן שווער- 
באָבישן גאנג און מיט זײַן ליימיקן בליק צו וועקן דעם פּולישן גאָט פאר 
דער קליינער פּוילישער איידע, װאָס אין דער שטאָט, און רעב דודי -- 
דער ערשטער, װאָס דערוואכט פאר זײַן ייַדישער איידע, װאָס מאכט אויס 
די גרעסטע מערהײַט פון שטאָט. 

און באלד דערנאָך, -- נאָכן דערוואכן און אופשטיין פון די אויבן 
דערמאַנטע, -- דערוואכט שוין אויך די שטאָט: -- מיטן גרויסן פּלאָנטער 
גאסן, ליקן און ליקלעך, ניט אײַן און ניט אויס, װאָס ניט געקוקט דערוף, 
װאָס זיי האָבן (קיינער געדענקט ניט) דאָס וויפלטע מאָל שוין אָפּגעברענט, 
דאָך ווערן זי פון די זעלבע אײַנװווינער, פון די זעלבע באלעבאטים, אין 
זעלבער ענגשאפט צוריק אופגעשטעלט און באנײַט, אף וידער און 
נאַכאמאָל, אין איינעם א טאָג, אָדער נאכט, מיטן פײַער אװעק- 
צוגיין. 

זי דערוואכט, די שטאָט, -- יענער טייל, דער צווייטער רינג, װוּ דאָס 
ראָוו באפעלקערונג געפינט זיך -- אונטער די מערסט דראניצענע און 
שינדל-דעכער און מיט װינציק בלעך, מיט די מערסט נישט געברוקירטע 
גאסן, װי מיט געברוקירטע, מיט די קארליקעוואטע הײַזלעך, נידעריקע, 
װאָס א געװיינלעך-װוּקסיקער מענטש קאָן מיט דער אויסגעשטרעקטער 
האנט צו זייער הייך דערלאנגען: מיט דער אָנגראָזיקער, אויסגעטריקנטערף 
ערד אין די הייפלעך, װוּ א ביימל איז א גאסט, און װוּ א סעדל -- א 
זעלטנקײַט; מיט די נידעריקע פּארקנס און פּלױטן, דורך וועלכע איין הײַזל 
און איין הייפל-אייגנטימער קוקט פרײַ אריבער צום אנדערן, װוּ באשטענ- 
דיק קריגט זיך א הויף מיט א הויף, אן אײַנװױנער מיט א צווייטן, און די 
גאנצע גאס, אָדער געסל, נעמט, מאכמעס צו גרויסער נאָענטקײַט, אָנטײל 
אינעם קריג. 

ס'דערוואכט יענער טייל, װאָס װען מע װאָלט א קוק געטאָן אף זײַן 
קארטע-פּלאן, װאָלט מען קיין הענט און קיין פיס, קיין אָנהײיב און קיין 
סאָף ניט געפונען, נאָר א געמיש און א געדריי, אן איבערפלעכט פון שו- 
רעלעך און ווירעלעך און מעשונע-מאָדנע אראבעסקן. און נאָר אינמיטן גע- 
דיכטעניש, װי אין אלע פון זעלבן מין שטעטעלעך, װאָלט מען קליינע 
פּלעצער אײַנקויף-מערק, װי דער פיש- און פלייש-מארק אא., געטראָפן, 
װווּהין ס'לאָזט זיך גלײַך דער אופגעוואכטער באלעבאָסטע-אוילעם פון אלע 
עקן -- צום פלייש-מארק, לעמאַשל, װוּ קאצאָווים האקן שוין אף די קלע- 
צער דאָס פלייש, גרייטן זיך צום טאָגיפארקויף, און הינט טשאטעווען 


40 


דערבײַ אף באקומען צוגעװאָרפן שטיקלעך פלייש, ביינדלעך פון די הע- 
קער. 

ס'שטעלט זיך דער טאָג מיט אן אלט-אײַנגעפונדעוועטן שטייגער: מיט 
געשטעלטע סאמאָווארן, מיט אײַנגעהײיצטע אויוונס, מיט רויך, װאָס איין 
הויף טוט אָפּלאָזן דעם אנדערן און אים באשמעקן... 

ס'שטעלט זיך דער טאָג טומלענדיק, מיט אופגעפּראלטע צעעפנטע 
לאָדנס, טירן, קאמערן און שטאלן. אָפט, פון גאנצפרי, שוין מיט װײַבער- 
שע קריגערײיען. דאן מיט נײַס, װאָס נעכטן פאר דער נאכט איז זיך פאר- 
לאָפן -- אן אומגליק אמאָל: אין א נאָענטער שטוב, אָדער געסל, איז עמע- 
צער, שוין פון לאנג א כוילע, פּלוצעם געשטאָרבן; אָדער בא עמעצן, פאר- 
קערט, א סימכע: א װײַב איז געלעגן געװאָרן, א קו האָט זיך געקעלבט. 
װײַבער האָבן קיין צײַט ניט, אָבער מע זאמלט זיך רעדלעך, און אײַלנ- 
דיק און נאָך האלב ניט געוואשענע טוט מען זיך אפגיך טײילן מיט די 
נאכט-נײַס. 

עס שטעלט זיך דער טאָג מיטן רויש פון די אײַנקױף-מערק, פון די 
פלייש-פיש-מעל-גרויפּן-הענדלער, װאָס רופן אויס הויך אף זייערע סכוי- 
רעס, און פון די קוינים, װאָס שטופּן זיך צום קויפן, קלײַבן און דינגען זיך 
הויך און איבערשרײַעריש; פון קוילעס פון קליינע קינדער, װאָס װערן 
אָפט פון מוטערס אין די אײַנקױף-מערק מיטגענומען און װאָס אין מארק- 
טומל צעוויינען זיך: פון הינט, װאָס דרייען זיך פאר די קוינימס פיס, -- זי 
כאפּן אָפּט א מיַעסן זעץ, אמאָל איבער א פוס, אמאָל איבערן רוקן מיט א 
שווערער זאך, און פון ווייטעק צעקוויטשען זיי זיך;: פון בעטלער קאליקעס, 
װאָס אויך זיי געפינען זיך שוין פון גאנצפרי אין מארק, און יעדער בעט- 
לער קאליקע רופט אף זײַן פעלער אויס -- א בלינדער, א קרומער אָדער 
אנדערע כעסרוינעס, און דערװעקט ראכמאָנעס מארקישן מיט קוילע-קוי- 
לעס; פון גאנאָווים, װאָס מאכן אָפט אומזיסט א ליארעם, אן ענגעניש און 
שטופּערײַ, קעדיי אין געדיכטעניש צו פרעמדע בײַטעלעך און קעשענעס זיך 
גרינגער דערקלײַבן; פון מעשוגאַיִם, װאָס נעכטיקן, שטענדיקן און האלטן 
זיך אוף אין מארק, -- באנאכט שלאָפן זיי בא די שטעלעכלעך, און אינ- 
דערפרי, מיטן ערשטן רויש פון מארק קומט זיי שוין אָן דאָס ערשטע מע- 
שוגאס, און זיי געפינען די ערשטע באלאָנים שוין אף זיי צו באדויערן 
און פון זיי די ארומרינגלענדיקע רעדלעך אָפּצוטרײַבן, אָדער אנדערע -- 
אף זיי נאָך מער און אפן גאנצן טאָג צו צערייצן. 

א פרעמדער, זאָגן מיר װוידער, ווען ער װאָלט אין אָט דעם טייל, אין 
צווייטן רינג פון |! אָנגעקומען אין א פרימאָרגן, װאָלט ער געזען 
דאָס, װאָס האָט זיך דעמלט געלאָזט זען אין אזוינע טיילן פון אלע ענלעכע 
אזוינע שטעט: שטוב- און מארק-טומל, גאסן- און הויפן-קויט, זעלטן א 
געסל, װוּ דאָס אויג זאָל האָבן זיך אָפּצושטעלן אף גרינס, אף א בוים, אף 
גראָז, אף זױיבערקײַט און דער אוער זאָל פון שטילקײַט פארגעניגן קריגן. 

ער װאָלט אויך געזען: װי די גאנצע ארכיטעקטור פון שטאָט איז כוי- 
זעק. וועגן די ,בעסטע? ביניאָנים האָט מען, אין בעסטן פאל, געקאָנט זאָגן 
-טאנדעט", און ניט אין בעסטן פאל -- פיל ערגער. 


41 


אלטע לײַט װאָלטן אים אָנגעװיזן אייניקע גאסן, געסלעך, וועלכע האָבן 
זיך מיט א נעס פון די עלטסטע סרייפעס געראטעוועט, און דער פרעמדער 
װאָלט באמערקט, אז די נײַע גאסן, די, װאָס פון נאָך די סרייפעס, שיידן 
זיך מיט גאָרניט אָפּ פון די אלטע: די זעלבע פּלאנלאָזיקײַט, די זעלבע ענג- 
שאפט, פּיצעלעך הויפעלעך, און ווידער שטוב צו שטוב, דאך צו דאך, קעדיי 
זי זאָלן איינער באם אנדערן, ווען די צײַט ועט זײַן -- בייס א סרייפע -- 
אמשנעלסטן קאָנען פײַער אנטלײַען. 

ער װאָלט אויך געזען, אז נישט געקוקט אף די סרייפעס, איז די שטאָט 
אין מעשעך פון א געוויסער צײַט דאָך שטארק אויסגעוואקסן. 

שטאָט-לײַט װאָלטן אים אָנגעוויזן דעם אלטן בעסוילעם, װאָס געפינט 
זיך איצט אינמיטן שטאָט, און װאָס פריַער איז ער, װי דער מינהעג איז אָרט 
אף ,פעלד" צו פארנעמען, געוויס אויסער שטאָט געווען -- און דאָס װאָלט 
אים געדינט אלס ערשטער באװײַז פון דער שטאָטס װוּקס. און ווען דערי 
נאָך װאָלט ער אליין טאקע אפן בעסוילעם ארופגעקומען, װאָלט ער אין 
דעם קליינעם פירעקעכיקן פּלאץ, מיטן פּארקן פון אלע זײַטן ארומגענומען, 
געזען, אז די שטאָט איז מיט אייניקע הונדערט יאָר צוריק בעעמעס טאקע 
זייער קליין געווען, אזוי אז אָט דער קליינער פּלאץ האָט איר נאָך דעמלט 
אף אירע וייניקע באגרעבענישיבאדערפענישן גענוגנט. נישט װי איצט, 
װאָס דער פּלאץ איז אזא גרויסער. 

יאָ, די שטאָט איז אויסגעוואקסן. פון די אופשריפטן אף די מאצייוועס 
אַבער, װאָס א גרויסער טייל פון זיי האָט זיך נאָך אײַנגעהיט און לאָזט זיך 
נאָך פרײַ לייענען, ווען ער װאָלט זיי פארגלײַכט מיט די מאצייווע-אופ- 
שריפטן פונעם נײַעם בעסוילעם, װאָלט ער געזען און אָפּגעלערנט, וי 
װייניק דאָס איצטיקע פּון דעמלטיקן האָט זיך געביטן: דער זעלבער נוסעך, 
די זעלבע מאצייװוע-שפּראך און טיטולן און אויך אלציינע, דאכט זיך, 
מענטשן זײַנען אף די ביידע באהאלטן. 

,219 (דאָ איז באהאלטן), --- װאָלט ער אי דאָ, אי דאָרט, מיט קליינע 
נאָר ענדערונגען אין די יאָרן און דאטעס, געלייענט: 

,מקובל צעיר בן כ"ג שנה"... (א יונגער מעקובל פון דרײַ און צוואנ- 
ציק יאָר). 

,2179 -- װאָלט ער אי דאָ, אי דאָרט װײַטער געלייענט, --א באװוּסטער 
ראָוו -- ,, אב"ד ומ"ץ ששמש בכתר הרבנות שלושים שנה".. (װאָס האָט 
געטראָגן די ראבאָנישע קרוין דרײַסיק יאָר) אאוו. 

אגעוו, װאָלט ער באמערקט, אז אפן נײַעם, װי אפן אלטן -- די זעלבע 
גרופּעס בארנביימלעך, װאָס זייערע צװײַגלעך שטעכן זיך, וי דערנער; אף 
די עלטסטע קװאָרים פון די כאָשעװסטע פון דער איידע אין דער נײַער 


צײַט -- די זעלבע הויך-ארופגעוואקסענע לינדנביימער, מיט די פיל 
קראָעןינעסטן, װי אף די קװאָרים פון די כאַשעװסטע פון דער אלטער 
צײַט. 


אזוי, אז איין בעסוילעם אפן אנדערן, אויסער אין די מאסשטאבן, איז 
אין אלץ ענלעך, און אזוי אויך אויסערן בעסוילעם, אין דער שטאָט דער 
לעבעדיקער -- נישטיקע גאָר ענדערונגען װאָלט ער באמערקט.. 


42 


דער דריטער רינג -- דאָס איז די ראָד, װאָס רינגלט ארום קײַלעכיק 
די שטאָט. דאָס זײַנען פאָרשטעט, וי די פּאָפּיווקע, פּייגעריווקע, קאטשע- 
ניווקע אאוו. -- בערגיקע, טאָליקע, ליים- און זומפּבאָדןדערטער. 

אייניקע ערטער באזעצט מיט מענטשן, װי מיט מאָן, א הײַזל אף א 
הײַזל, א כורווע לעבן א צווייטער, קיין סימען פון גאס, קיין זייכער פון 
טראָטוארן -- קויט, שמוץ שטענדיקער, און קיין גראָז וואקסט קײינמאָל. 

אין אנדערע -- די הײַזער שוין שטארק װײַט איינס פון אנדערן, צווישן 
הויז און הויז -- א היפּשע שטרעקע, ס'שמעקט שוין מיט אויסער-שטאָט, 
מיט כוטאָר-שטילקײַט. 

אין דריטן רינג -- די גרעסטע אָרעמקײַט, װאָס מע קען זיך נאָר דענ- 
קען. 

דאָס ראָוו הײַזער האלטן זיך מיט א נעס: מיט קרומע, שטענדיק שימל- 
דיקע נאסע ווענט אינװייניק, אויסערלעך -- ניט געשמירט, דעכער -- לע- 
כערדיקע, אף האלב און פערטל מיט גאָרניט, אָדער שלעכט געדעקטע. דאָס 
ראָוו קינדער טראָגט קיין העמד אפן לײַב, עלטערע -- טראָגן צעריסענע, 
צעפּיצלטע, געלאטעטע, שמוץ און קאפּצאָנעס גייט דאָרט איבער בעיערו- 
שע, און קיינער טרוימט שוין אפילע ניט פון אָט דער יערושע זיך צו בא- 
פרײַען. 

דאָרט -- אי דאָס אָרעמסטע, אי דער אָפּפאל פון שטאָט: לעצט-סאָרטי- 
קע, קאליקעוואטע באלמעלאָכעס לאטוטניקעס, אזוינע, װאָס ס'ווערט זײ 
אפילע קיין טאנדעט-ארבעט ניט געגעבן, װאָס זײַנען פייַק נאָר די שטאָ- 
טישע און פאָרשטאָטישע קאפּצאָנישע שיך און בגאָדים צו פארלאטען. 

דאָס איז דאָס ראָוו אײַנװױנער דאָרט. : 

דאָרט אויך -- שמאטע-קלײַבער, הײַזער-גײער און פּראָפּעסיאָנעלע 
שלעפּער: קאטערינשטשיקעס, אָרעמע טרעגער, דינסט- און אםימעקלער 
און מעקלערנס, און לעסאָף --פרײַי און העפקער-יונגען און מוידן, גא- 
נאָװוים, טרעפערנס, קאַרטנווארפערס און פריילעכע נעקייוועס. 

דאָרט -- דער אוילעם פון שטאָטישן קאָהאָל ארויסגענומען, אָפּגעזונ- 
דערט און דערװײַטערט: די מינהאָגים די זעלבע, אָבער געזעצן נישט די 
זעלבע, װאָס אין דער שטאָט. 

דער גאָט פון א האָט דאָ וי די ווישקעס נאָכגעלאָזט, דער אוילעם 
דאָ גייט שלעכט אין פאָלקס-װאָגן געשפּאנט, און א גרויסער טייל שטייט 
דאָ אינגאנצן װי אויסערן שפּאן. 

דאָ האָט איר געקאָנט אין מיטן העלן זומעריטאָג טרעפן אף א זאמד- 
פּלאץ א גרופּע יונגען ליגן אָדער זיצן -- שפּילן אין קאָרטן אָדער אונטערן 
פּרײַען הימל א סודע פּראווען. 

דאָרט האָט א שטאָט-מענטש אמאָל געקאָנט זען א בילד, װאָס ער 
װאָלט אין שטאָט אף זײַן לעבן ניט געזען: אף א פּוסטן פּלאץ א מאנס- 
פּארשוין, ניט ייַדיש געקליידט, א קורץ רעקל, די הויזן און לאנגע שטיוול 
מיט לאקירטע כאָליעװעס, אין א העמד, מיט פּויערשע קענטעלעך גענייט, 


43 


איבער די הויזן, אין האנט אן אָקסישן גיד, שטייט מיט א פרוי, אין א 
שאל אן אײַנגעהילטער, פון דער שאל קוקט ארויס א יונג פּאָנעם, א 
שיינס, אָדער --אויב זי איז צו אײַך מיטן רוקן געװוענדט--אקסל קי- 
לעכיקע, פולע. 

זיי שטייען פריַער שטיל. האָבן צװישן זיך, וי עפּעס װעגן וויכטיקס 
איבערצוריידן. דער מאנצבל, זעט מען, האָט די פרוי פון שטוב אהער 
ארויסגערופן, װײַל דער געשפּרעך דארף דאָ זײַן אן ערנסטער. 

זי קוקט צו דער ערד עפּעס שולדיקלעך. ער--- פּאטשט מיטן גיד זיך 
איבער דער כאָליעווע, קוקט אף איר, און פון דער גרויסער אָפּגעזונדער- 
טער שטילקײַט, װאָס הערשט א צײַט צװישן זיי ביידע, דערהערט זיך 
מיטאמאָל א מוירעדיקער קוויטש: דאָס האָט דער מאנצבל מיטאמאָל, מיט 
דער גאנצער קראפט, דער פרוי מיטן גיד איבערן פּאָנעם דערלאנגט. 

נאָכן קוויטש -- װײַטער שטיל... די פרוי אין גרויסער האכנאָע. זי 
האָט זיך פון ווייטעק נישט געקאַנט אײַנהאלטן און האָט אויסגעשריען 
אַָבער באלד איז זי צום זינען געקומען, האָט זיך דערמאָנט אין איר 
אומבאשיצטקײַט, אָבער אנשוויגן געװאָרן, און די װײַטער-קומענדיקע 
קלעפּ איז זי שוין גרייט אף זיך צו נעמען אין דער שטיל. 

װײַל אזוי איז דער מינהעג דאָרט, און אזוי אײַנגעפירט: ווען א יונג 
שלאָגט זײַן אונטערטעניקע, זײַן נעקייווע, איז ווען זי שרײַט, װעט זיך 
קיינער ניט אָפּרופן, קיינער װעט איר צו הילף נישט ארויס. פארקערט, 
װאָס װייניקער מע װעט זיך פאר איר אָנעמען און איר העלפן, װאָס וויי- 
ניקער אָנטײל פון זײַטיקע און פרעמדע אין דער מאכלויקעס מיטן איריקן, 
אלץ איז פאר איר בעסער... 

דאָרט װוינען שלעגער , קײסאָרים?" און גאלאנטאָנעס, װאָס שלאָגן 
אויב מע דינגט זי, --אף ,טרוקן", אף ,נאס", אף ביינער ברעכן און 
אף ביז קראנק אוועקלייגן. 

דאָרט טרעפט איר צװוישן די דינסט- און אם-מעקלערנס אזא אויסטער- 
ליש פּאָרל אויך, װי פּערעלע און די איליאָוועכע. זיי האָבן ביידע שוט- 
פעס אין איין געשעפט, װאָס באשטייט אין דעם, װאָס ווען א דינסט אין 
א נעגידישיבאלעבאטיש הויז גליטשט זיך אויס... שוין אין די הויכע כא- 
דאָשים... קאָן שוין מער ניט פארשטעלן.. און די באלעבאָסטע די נע- 
גידעסטע װויל אויסבאהאלטן דעם מאנס אָדער זונס שולד פאר לײַט, ס'זאָל 
צו קיין אומלײַטיש גערייד און סקאנדאל ניט קומען, -- קומט דאן אף דער 
פארשטעלטער סצענע ארוף פּערעלע: 

א געזונטע, פופציקיאָריקע ייִדענע, מיט פליישיקע, טרעגערישע אקסל; 
אין א קורץ שאלעכל, װאָס זי האָט עס טאָמיד אף די אקסל הענגען; מיט 
איר געוויסן, פון טרינקען, הייזעריקלעכן מאנצבלשן קאָל, מיט איר פֹּאַ- 
נעם, איבערן זעלבן טאם, גערויטלט, מיטן באװוּסטן פּיסק און קרעפטיקע 
יוערטער... 

זי נעמט די דינסט סטראשען און אף איר אָנווארפן א מוירע: יענע 
זאָל זיך ניט דערוועגן דעם נאָמען, װאָס מע דארף ניט, דערמאָנען. זי 
סטראשעט מיט פּאָליצײ, מיט קאָלאמינע סטראשונקעס: זי װעט בא איר 


44 


אין טורמע פוילן, פאר א בילבל און פאר פאלש אויסטראכטן... ביז יענע, 
די דינסט, פון איר אומגליק און מוירע דערשלאָגן, גיט איר שוין נאָך, 
גייט אײַן אף אירע גוטע רייד און מוטערלעכער אייצע: זי װוערט גע- 
בראכט צו דער איליאָוועכע פאר געצאָלטס, װאָס פּערעלע באקומט הינטג- 
ארום פון דער נעגידעסטע -- פאר עסן, טרינקען און אויסהאלטן ביזן 
קהאבן:. 

דעמלט טוט די איליאָװעכע דאָס קינד, דאָס , פּיטיוקל?, וי זי און 
פּערעלע רופן אָן אזוינע, אף אזוינע ,קעסט" האלטן, ביז דאָס קינד 
,טראָגט זיך אָפּ", אָדער, אויב ס'איז צו געזונט און אײַנגעשפּארט, טוט 
מען דעם ‏ דאָס רעכט": מע דערווארגט עס.. און די מוטער וערט פון 
פּערעלען ווידער אין א נעגידישער שטוב פאר אן אם אָפּגעגעבן, ווידער 
פאר גוט געצאָלטס, װאָס אליין די אם זעט שוין דערפון קיין גראָשן. 

ס'א גאָלדן בעשוטפעס צװישן פּערעלען און איליאָװעכען: פּערעלע 
טרינקט, דרייט זיך אין שטאָט צװישן אנדערע מעקלערנס און אין נעגי- 
דישע הײַזער, קריגט ארויס דאָס , פּסולעס? פון דאָרט און באקומט בא- 
צאָלט, שטעלט צו פרישע און געזונטע אהין --און באקומט װײַטער גע- 
צאָלטס. און איליאָוועכע זיצט אין דער היים, די סכוירע ווערט איר אין 
שטוב צוגעשטעלט, און זי האָט די שטוביארבעט: צו שפּײַזן און צו 
ווארגן... ביז, אגעוו, לעסאָף אין א שיינעם טאָג װעט די שטאָט דערזען 
ביידע שוטעפטעס צו איין האנט-קייט געשמידט, פון פּאָליצײי געפירט, 
דערנאָך װוידער פרײַ געלאָזט און װוידער צו זייער , ארבעט?. 

דאָרט וװווינען גאנאָװוים און נעװיַיִם פון גאנאָווים. 

דאָרט איז אן אָרט פאר א פּאָר געגאנוועטע פערד בא א פּאָרעץ, אָדער 
בא וועמען אנדערש, אף איבערצושטיין ביז א גרויסן יאריד: דאָרט איז 
אן אָרט פאר געגאנוועטן שניטקראָם איבערגעפארבט צו װערן, אָדער אף 
קליינע שטיקלעך צעשניטן װערן און אין די ,, גנייווישע שאפקעלעך? דער- 
נאָך אים צו קריגן; דאָרט געפינען זיך אויך א פּאָר נעגידישע זילבערנע 
לײַכטער אן אָרט; אהין קומט מען צו דער טרעפערן און קאָרטנווארפערן, 
און זי שיקט צום ,נאָװי", דער נאָװי הייסט זיך באצאָלן און שיקט אָפּ 
אהיים, און די גנייווע װעט שוין אליין אין שטוב קומען 

דאָרט װווינען שטריקלדרייער און ניט-ייַדישע כאזירניקעס. 

דאָרט וואקסן מוידן מיט פולע בוזעמס, און שלאנקע טויבן-יונגען-- 
קינפטיקע שלעסער-ברעכער, , שניפער", ,, מארעוויכער", בײַטעלעך- און 
,שלענגל?-ציער, 

אהין ברענגט דער היצל די הינט אָפּצושינדן. אהין --א בינדיוזשניק 
זײַן שקאפּע די געפאלענע, -- דאָס פלייש פאר די הינט, און די פעל צו 
פארקויפן, 

דאָרט די מערסטנטייל מאפשיטים!--- װײַל ניט װײַט פון דאָרט איז 
דאָס שעכט-הויז: דאָרט די נויסעמיטעניקעס און גרעבער, װײַל פון דאָרט 
ניט װײַט דער בעסוילעם, 


1 פעל-שינדערס. 


45 


דאָרט קומען פאָר אלע שאבעס, סײַ זומער סײַ װיַנטער, די באװוּסטע 
געשלעגן פון די קייסעריכעוורעס מיט זייערע עלטסטע, די ,קײיסאָרים?, 
וועלכע לעבן אפן כעזשבן פון באלעבאטישע קינדער, װאָס גאנװוענען 
אַדער מאנטען אויס בא די עלטערן און צאָלן װאָך-געלט, כוידעש-געלט 
די קײסאָרים, זיי זאָלן זיי אליין ניט שלאָגן און זי פארהיטן און באשיצן 
פון אנדערע שלעגער. מע שלאָגט זיך אלע שאבעס, זיך פארזאמלענדיק 
אהין פון פארשיידענע שטאָט-עקן. פריער מיט די הענט, אף קולאקעס, 
דערנאָך, אז מע צעהיצט זיך און מע קומט ארײַן אין דער ,פּאסיקע?-- 
מיט שטיינער, מיט , מיטגייערס? און מעסערס, און טאָמיד ענדיקט זיך 
אזא געשלעג מיט געפּלעטע קעפּ און מיט עטלעכע אין שטאָטישן ביקער- 
כוילים ברענגען -- האלבע מייסים, אָדער גאנצע קאליקעס. 

כאָטש יענע שטאָט-טײלן האָבן פיל שוטפעס און קרויוועשאפט מיט 
דער שטאָט א --איין גאָט בא זיי, איינע און די זעלבע מינהאָגים, איינע 
טרויער- און פריידיטעג און יאָמטױיװוים, דאָך איז, װי געזאָגט, דער גאָט 
דאָרט ניט אזא שטרענגער, און פון זײַנע דינער פאָדערט ער װײניקער, 
װײַל ער ווייסט, אז ס'אומזיסט און ס'איז נישטאָ פון וועמען... 

יאָמטױיװים היט מען צוליב די יאָמטעװדיקע מײַכאָליִם, און אין די 
טרויעריטעג איז מען װייניק טרויעריק. 

מע לעבט פּרײַ און אָפּשפּעטנדיק פון דער שטאָט, פון אירע נארישע 
אין זייערע אויגן קלייקוידעש -- פון די ,יאָלדן? און ,טאכמערס", װי מע 
רופט זיי אין יענע שטאָט-יטײלן. 

מע רופט זיי, ווען מע דארף זיי, אף א בריס, אף א כאסענע, ווען, 
װי דער דין אָדער מינהעג פּאָדערט, מע נייטיקט זיך אין זײי;: מע גיט 
זי אָפּ זייערס, מע באקומט בא זיי, װאָס יענע, מישטיינסגעזאָגט, האָבן 
צו געבן, אָבער קיין לאנגע שיעס מאכט מען ניט מיט זיי: יענע פילן 
זיך בא אָט די שטאָט-טײלן-לײַט נישט איבעריק פּרײַ, און באלד נאָכן 
אַפּגעגעבענעם און אָפּגענומענעם שטעלן זײי אוף די קעלנער, רוקן זיך 
ארויס און טראָגן זיך אָפּ, אף לענגער זיך ניט פארהאלטן. 

זיי, יענע שטאָט-טײלן-לײַט, לעבן זיך אויס צװוישן זיך און זיי זעען, 
אויסער װאָס זיי האָבן נייַטיק צו פּארנאָסע, צו דער שטאָט ניט אָנקומען. 

זי האָבן זיך זייערע אייגענע שולן. אין די שולן דאוונט מען אָפּ, 
אפילע שאבעס און יאָמטעװ, פיל פריער, װי אין שטאָט. דער אוילעם איז 
אן אָנגעהאַרעװעטער, א וייניק-איוורעדיקער, זאָגן לאנג האָט ער פײַנט, 
ער פארשטענדיקט זיך מיטן סידער און זײַנע טפילעס אפן װױּנק, מאכט 
בעקיצער און אײַלט פון דער נאָענטקײַט און אומפארשטענדלעכקײַט פון 
גאָט זיך װאָס גיכער ארויסמאכן און אוועק אהיים, צו די אייגענע, צום 
פארשטענדלעכן. 

דאָרט איז א מינהעג, װי געזאָגט, נאָך א מינהעג, אָבער פון געזעצן 
האלט מען װײיניק. כומרעס, זאָגט מען דאָרט, זײַנען ניט פאר אָרעמעלײט, 
און פון לערנען און פון פיל טילים זאָגן --זאָגט מען דאָרט װײַטער-- 
ווערט מען לײַזיק. 

מע דאוונט אָפּ אפגיך, און זומער, לעמאָשל, שאבעס נאָכן עסן, פאר- 


* : 46 


נעמט מען זיך גאנצע געזינדן, גאנצע געסלעך גייען ארויס מיט װײַבער, 
קינדער, מיט קישן, קאָלדרע אף די יארן, אף די גרינע פּלעצער אויסער 
דער שטאָט, צום , פּראָיעזד?, צו דער אײַזנבאן-ליניע. 

מע לייגט זיך דאָרט אויס ציגײַנעריש, ער צום רוען, מערסטנטייל 
צום פארברענגען -- װײַבער מיט מאנצבלען, יינגלעך מיט מיידלעך, --אף 
אזא ציגײַנעריש-פרײַען אויפן, אזוי העפקער, מיט הענט, מיט ווערטער 
און אזוינע ווערטלעך, אז װען א שטאָטימענטש, װער סזאַל ניט זײַן 
פון צווייטן רינג, װען ער דערזעט אָדער דערהערט אזוינס, װאָלט ער 
אוועק װי אן אָפּגעבריטער און א פארשעמטער, דאָס פּאָנעם פאר בושע 
פארשטעלט, און די אויערן -- פאר ניוול-פּע. 

יאָ, אין דריטן רינג, װי אויבן געזאָגט, טאקע פיל אָפּפאל און אויס- 
װוּרף-הײַזער און מענטשן, אָבער סאָפקאָלסאָף זײַנען זיי נאָר א מינדער- 
הײַט און ניט זיי דער איקער אין רינג. דער איקער-איקער -- די מוירע- 
דיק אויסגעהאַָרעװעטע, אָרעמע מאסע, װאָס צװוישן זיי איז, װער ס'האָט 
געהאט אן אויג, האָט שוין אויך די צוקונפט-זוימען אין לופט אומשוועבן 
געקאָנט זען, 


6 8 5 


עמעס, צו יענער צײַט, וועגן וועלכער מיר דערציילן דאָ, איז דער 
ארבעטנדיקער אוילעם פון יענעם טייל, פון יענע פאָרשטעט נאָך שטארק 
פון דער שטאָט ארויסגענומען, אָפּגעזונדערט און נאָך גאָר װײיניק געאכ- 
טעט. 

ס'וועלן אָבער זײַן צײַטן, שפּעטער, פיל שפּעטער פון דער, ועגן 
וועלכער מיר דערציילן, ווען די שטאָט װעט דאפקע צו אָט די ערטער אן 
אוער צולייגן: פון דאָרט, דאפקע פון אָט דעם זומפּ און אָרעמקײַט, װעט 
אף דער שטאָט אן איבערקערערישער און שטארק דערפרישנדיקער ווינט 
קומען; אהין, צו יענע שטיבלעך-כורוועלעך און צו יענע אָרעמסטע אר- 
בעטס-מענטשן, באלמעלאָכעס לאטוטניקעס װעלן די בעסטע קינדער פון 
שטאָט קומען, מיט קלאפּנדיקע הערצער, אף ניט געוויינלעכע נײַס זיך 
דערוויסן און אף געשיכטלעך-דערפרייענדיקער דערפארונג זיך אָנצונע- 
מען; פאר יענע נידעריקע טירן און שװועלן װעלן געבילדעטערע און פיל 
מער וויסנדיקע פון יענע הײַזער-אײַנװױנער די קעפּ בייגן, װײַל קומענדיק 
די אײַנוווינער אופקלערונג און לערנונג ברענגען, װעלן זיי אליין פון 
דאָרט פאר זיך א נײַע לערע ארױסטראָגן. 

דאָרט װעלן זיך צוערשט קליינע קרײַזלעך בילדן, װאָס אין א צײַט 
ארום װועלן זיי די ווענט צו ענג זײַן, זי װעלן שוין אונטערן פרײַען הימל, 
אָבער נאָך אלץ אין קליינע גרופּעס, זיך זאמלען: דערנאָך, אז זיי װעלן 
זיך אין קויעך דערפילן, לײַב און רײַפקײַט אף זיך נעמען, װעלן זי אין 
איינעם אן אָװנט (די שטאָט װעט אים, װי אן ערע-אָנהײב, פארגעדענקען) 
זיך אין א גרויסער מאסע צונויפקלײַבן, א נאָך װייניק דרייסטע, װײַל 
צו אזוינע ארויסטרעטונגען נאָך נישט געװווינטע, אָבער אין געשלאָסענע 
רייען צו דער שטאָט זיך לאָזן... 


4 


אָװונט װעט זיי טונקל פארשטעלן, און פון פארשטעלעניש ועט זיך 
א געדיכטער זשום, וי פון א װײַט-אָנקומענדיקן געװויסער ארויסהערן 

רויִקע, צו דוירעס געהײליקטער פוילעניש געװווינטע, בירגער באלע- 
באטים, אז זיי װעלן פארנעמען דעם דרויסנדיקן ראש דעמלט, װעלן זי 
ארויס, דערזען: א פרעמדע מענטשן-כוואליע, מיט געזאנג, מיט א פריַער 
נישט געזעענער קיינמאָל פאָן פון פאָרנט, גייט, זינגט ביז אהער נישט 
געהערטע ווערטער... זיי װעלן אין גרויס דערשרעק נישט ויסן, צי א 
מאגייפע גייט אֹף זײי, צי אן אנדער אָנשיקעניש פון דער ערד אָדער 
פון טײַװל אויסגעוואקסן: װועלן אפגיך די אויגן פון אָט דער מאסע אָפּ- 
קערעווען, אפגיך צו די קינדער זייערע שרײַען, װי די קװאָטשקעס בייס 
סאקאָנע, און זיי אין שטוב ארײַנרופן, אפגיך אונטער אייגענעם פליגל- 
דאך, אונטער דוירעסדיקער סטריכע ארונטער, די טירן נאָך זיך פאר- 
שליסן און פעסט זיי אף די קייטלען פארהאקן.. 

דאָס װעט זײַן פיל שפּעטער, און שפּעטער װעלן מיר דעם א גרויסן 
באאריכעס און פיל צײַט אָפּנעבן. איצט אָבער איז נאָך נישט די צײַט, און 
מיר מוזן פאָרלויפיק אף צוריק אין דעם צוייטן שטאָט-יטײל זיך אומ- 
קערן, אין איינער א שטוב קומען און היפּש-לאנג דאָרט זיך דערציילעריש 
פארהאלטן, 





|| 
מישפּאַכע-כראָניק 


ארײַנפיר 


תו יטן נאָמען ,דער פעטער לוי? זײַנען 
פארבונדן געװוען די עלטסטע געדעכע- 
נישן און דער אייגנטלעכער גרויסער 
ייִכעס פון דער פאמיליע מאשבער. 

דער פעטער לוזי איז געווען אן על- 
טערער ברודער מוישעס, און ביידע 
זי -- זין פון א באװוּסטן, אין זײַנע 
צײַטן, ראָוו און דאיען אין איינער א 
װאָלינער שטאָט, װאָס אף דער גרענעץ 
פון קרוין-פּױלן. 

די ברידער פלעגן זיך זעלטן-וען 
זען, זי האָבן געװווינט באזונדער: מוי- 
שע -- אין א, אין דער גרויסער ייִדישער 
האנדלסישטאָט, װוּ ער האָט שטארק 
געשעמט מיט זײַן רײַכקײַט און זײַן ברייטער אופירונג: און דער פעטער 
לוזי--- אין א קליין, פארװאָרפן שטעטעלע ערגעץ בא דער גרענעץ פא- 
רוקט, איז ניט רײַך געווען, האָט ניט געשעמט און צװישן מענטשן זיך 
װײיניק געלאָזט מערקן. און דאָך, סארא ייִכעסן און שטרײַכן ס'האָט זיך 
געשטרײַכט און געייַכעסט מוישע מיט זײַן ברודער:; זײַן אראָפּקומען אמאָל 
צו מוישען איז געווען א געשעעניש נישט נאָר פאר אים, פאר מוישען 
אליין, נאָר אויך פאר אלע אין זײַן שטוב, פאר זין און טעכטער, איידעמס 
און שניר און פאר די מינדסטע קינדער אפילע. 

אָט געדענקט א קינד: 

ס'טרעפט מערסטנטיילס זומער. א פארנאכט. דאָס קינד קומט פון ער- 
געץ אָן, כאפּט זיך ארײַן אין שטוב עפּעס איבערכאפּן, אָדער זיך אויס- 
טאָן און צוריק ארויס אין דרויסן צו כעוורע קינדער אף פארנאכטיקע 
זומער-שפּילן. און פּלוצעם באמערקט עס אן ענדערונג, אין שטוב איז 





49 


עפּעס געשען: די פּאָלן געװעקסלט. די שטוב-לײַט שאבעסדיק אָנגעטאָן, 
מע רעדט שטיל. און אלע האלטן זיך עפּעס מאָדנע מעכוטנדיק אָנגעצויגן. 

,נישט אנדערש, א גאסט", -- טראכט זיך דאָס קינד. 

-- װער?--פרעגט עס בא א דינסט, װײַל שטוב-לײַט, זעט אויס, 
זײַנען איצט פארנומען און זײַנען קיין קינדער און קיין פראגעס ניט גערן. 

-- שטילער, דו... ס'איז דער פעטער לוזי... דער פעטער לוזי... געקו- 
מען, -- ענטפערט, אײַלנדיק און קימאט װי אפן אויער, די דינסט. 

ווייסט שוין דאָס קינד, אז ער האָט אים איצט ניט אין קיין צימער 
צו זוכן, און, זיכער, איז ער איצט באם זיידן, מיטן זיידן אין אלקער 
פארשפּארט. װײַל אזוי איז דער מינהעג און געוויינלעך אײַנגעפירט: אז 
דער פעטער לוזי קומט, פארשפּארט ער זיך פריער מיטן זײדן אף א 
ביסל צײַט, דערנאָך ערשט װײַזט ער זיך צו די שטוב-לײַט, 

איז אזוי אויך איצט: אז סגעדויערט א ביסל און שטוב-לײַט זײַנען 
אלץ נאָך אָנגעצױיגן און אינעם מאָדנעם ווארטן, עפנט זיך פּאמעלעך די 
אלקער-טיר און אפן שװועל באװײַזט זיך פריִער דער פעטער לוי, און 
הינטער אים דער זיידע. און דער זיידע איז אין שאבעסדיקן, און די 
באקן זײַנען בא אים רויטלעך, און דער פעטער לוזי איז העכער פונעם 
זיידן, װײַל דער זיידע איז נידעריקער פון מיטל געוואקסן, און דער 
פעטער לוזי -- העכער מיטל, און זײַן באָרד איז קײַלעכיק, װײַס, געדיכט- 
לעך און אויגן גראָוולעכע און פרעמדע. 

גיבן די מאנצבלען , שאָלעם", און די װײַבער רויטלען זיך בייסן 
באגריסן, רוקן די האָר אונטער די קאָפּיטיכלעך און שייטלעך ארונטער 
און פרעגן, װאָס ער מאכט, דער פעטער לוזי. דער פעטער לוזי ענטפערט 
אף די פראגעס, ענטפערט שמייכלענדיק, נאָר קוקט עפּעס אריבער, קוקט 
ניט אף די װײַבער. 

שפּעטער, זעט דאָס קינד, איז שוין דער פעטער לוזי אין זאל אֹף א 
שטול באזעצט, און דער זיידע שטייט און האלט זיך באם ווענטל פון שטול, 
מאנצבלען בלײַבן אין זאל װײַטער שמועסן צו פירן, און װײַבער פאר- 
לאָזן דעם זאל, מע גייט אוועק אין עסצימער און אין קיך פארן פעטער 
לוזין עפּעס עסן פארגרייטן, 

דעמלט הערט דאָס קינד עפּעס מאָדנע און נישט קיין געויינלעכע 
ווערטער אין קיך: , מין האכײַ", זאָגט מען, עסט ניט דער פעטער לוזי.. 
קיין פיש און קיין פלייש ניט.. און װײַבער אייצען זיך און מע באראט 
זיך לאנג, און אלע נוצן אויס זייערע קיך-יקענטענישן און געניטקײַטן 
ביז מע באשליסט עפּעס און מע שטעלט זיך, ענדלעך, קאָכן. 

אפדערנאכט, אז אלע קינדער קומען זיך צונויף, פון גאס און פון 
שפּילן, װוערן זיי אײינציקװײַז צום פעטער לוזין צוגעפירט, זיי שעמען זיך 
און גייען , שאָלעם? אָפּנעבן, און גוט און שרעקנדיק איז יענעם קינד, 
װאָס דער פעטער לוזי קוקט דערוף עטװאָס לענגער און לאָזט זײַן הענטל 
מער זאמענדיקער אין זײַן האנט פארהאלטן, און די קינדער רוקן זיך 
דערנאָך אָפּ אײינציקװײַז, יעדער קינד צו זײַן פאָטער און מוטער, פאר- 
שעמט. 


50 


נאָך שפּעטער, אין אָװנט שוין, אז מע וואשט זיך און מע גייט צום 
טיש, מע זעצט זיך אויס -- מענער אױבנאָן און װײַבער באם צווייטן עק, -- 
באמערקן די קינדער, אז דער זיידע איז עפּעס פון זײַן אָרט הײַנט אראָפּ- 
גערוקט, אז זײַן אָרט באם אױבנאָן פארנעמט נישט ער, נאָר דער פעטער 
לוזי, און דעם זיידנס כשיוועס איז עפּעס הײַנט װי געמינערט און זײַן 
װאָג װייניקער. ארט עס די קינדער פאר זײיער זיידן, אָבער דערפאר 
פארשטייען זיי אויך די גרייס פון דעם פעטער לוזיס װאָג און כשיוועס, 

און נאָכן ערשטן טאָג און ערשטער נאכט קומט דער מאָרגן, און אף 
מאָרגן זעען די קינדער דעם פעטער לוזיס אופירונג און מידעס: ער רעדט 
װײיניק, מע הערט פון אים קיינע איבעריקע ווערטער. דערפאר איז אָבער 
דער צימער, װוּ ער געפינט זיך, מיט אים וי פארפולט, און אלע, װאָס 
געפינען זיך אין זײַן נאָענטקײַט, זעען אויס, גלײַך װי זיי זײַנען אוועק- 
געשטעלט אף צו שטיין פאר אים און וי אים צו באדינען. 

אזוי די ייִנגערע אין זײַן אָנװעזנהײַט, און אזוי אויך די עלטערע, 
אפילע אליין אויך דער זיידע און די באָבע גיטל ניט אויסגענומען; די 
באָבע גיטל גייט די גאנצע צײַט, װאָס דער פעטער לוזי איז צוגאסט, אין 
ערגעץ, אין שטאָט און אף אײַנקויפן, נישט ארויס, געפינט זיך אין קיך 
באשטענדיק. דרייט זיך און איז באשעפטיקט, די פאטשיילע הינטער די 
אויערן פארנומען, זי שוויצט און שאפט זיך, גיט אכטונג אף די דינסטן, 
| קוקט זיי אף די הענט, אֹף די קיילים און אף שטרענגן קאָשער-האלטן 
איצט פיל מער, װי טאָמיד, 

און דער פעטער לוזי, זעט מען, גייט ניט אין ערגעץ, און זײַן האנ- 
האָגע איז: ער דאוונט שפּעט, עסט שפּעט און באזונדער, און די באָבע 
גיטל באדינט אים און לאָזט קיין דינסט אים אפילע צום טיש נישט גרייטן. 

אזוי די טעג אינדערװאָכן, און אז ער בלײַבט אמאָל אויך אף שאבעס, 
זעען די קינדער, אז פרײַטיקצונאכטס און שאבעס פרי בלײַבט ער אין 
דער היים צום דאוונען, און איבער אים בלײַבט שוין אויך דער זיידע אין 
דער היים, און קינדער הערן, אז ער דאװונט אויך אנדערש. ,נוסעך 
ספארד", זאָגט מען, און קינדער זײַנען נײַגעריק און גאנווענען זיך אונ- 
טער, און מיט גרויס ציטערניש, װען דער פעטער לוזי איז אין צימער 
ניטאָ, כאפּן זיי א קוק אין זײַן סידער און זעען, אז יאָ און ריכטיק: עפּעס 
איז ער אויך אנדערש און נישט וי אלע סידורים: די טפילעס איבערגע- 
דרייט און נישט וי געוויינלעך אויסגעשטעלט, און אייניקע גאָר אינגאנצן 
אומבאקאנט. 

און די קינדער װוערן געוווירע, אז אָט דעם סידער האָט דער פעטער 
לוזי באקומען בעיערושע פון זײַן טאטן, און זײַן טאטע פון א זיידן, און 
אזוי װײַטער און װײַטער, און אז דער סידער איז שוין אויך פון פיל 
סרייפעס געראטעװועט געװאָרן, און אז ער איז אויך א סגולע-סידער, 
און קימפּעטאָרנס, אז זיי גייען שווער צו קינד, לייגט מען אים זיי אונטער 
צוקאָפּנס. 

און שאבעס, בא די שאבעסדיקע טישן, רעדט שוין גאָרנישט דער פע- 
טער לוזי. קיין ,דיווריי-כאָל", זאָגט מען, רעדט ער נישט, און אלע ווייסן 


51 


שוין און מע באומרויַקט אים נישט און מע װענדט זיך צו אים מיט גאָר- 
נישט, און ווען יאָ, איז נאָר מיטן נייטיקסטן, און ער ענטפערט אויך קארג 
און שפּאָר-װײיניק און מיט עטלעכע לאָשנקוידעש-װוערטער נאָר בעקיצער, 

אזוי קומט ער און אזוי פאָרט ער אװעק, דער פעטער לוזי, און נאָך 
יעדעס מאָל אװעקפאָרן פלעגן די קינדער אלץ מער פון זײער ייַכעס, 
פון זייערע זיידעס און עלטערזיידעס זיך דערוויסן, און פון פארשיידענע 
שמועסן און געשפּרעכן פון די גרויסע פלעגט זיי אלץ מער יעדיִעס צו- 
קומען, 

און אָט דערוויסן זיי זיך; 

זייער שטאם איז אן אלטער, נאָך פֿון די , גױילײי-ספאָראד"?, פון רא- 
באָנים און באלשעמען, און, לעסאָף --אז זייער עלטערזיידע, דער ראָוו 
רעב יױעל, זייער זיידנס און פעטער לוזיס פאָטער, איז זייער יונג פון 
דער װעלט געגאנגען, פון טאנייסים, און אז די לעצטע יאָרן פאר זײַן 
פּטירע איז ער אויך א פּאָרעש געוען. דאָס װײַב זײַנס דעמלט נאָך א 
בלוט-יוגנט... און דער באָבעס פאָטער האָט דעם זיידן יויעל געמוזט צו א 
באװוּסטן דעמלטיקן צאדיק צוקלאָגן, און אויך דער צאדיק האָט נישט 
געהאָלפן, און דער זיידע איז אויך אף װײַטער און ביזן סאָף פון זײַן 
לעבן שוין טאקע א פּאָרעש פארבליבן. 

גאנצע טעג פלעגט ער דאונען און אין די באנאכטן לערנען, און 
קינדער האָבן געהערט, וי גרויסע האָבן, זיך איבערנעמענדיק און בארי- 
מענדיק, דערציילט, אז דער גרויסער מאגיד איז אמאָל א זומער אפדער- 
נאכט פארבײַ דעם זיידנס הויף דורכגעגאנגען, דאָס פענצטער איז געווען 
אָפן, און דער זיידע האָט געלערנט, האָט ער דאָס העמד צעכראסטעט און 
א זאָג געטאָן: 

-- אָט װי א ייד לערנט טוירע לישמאָ.. אן אוויירע נאָר, -- האָט ער 
צוגעגעבן, -- װאָס דאָס, װאָס ער קויפט זיך אײַן פאר זײַן טוירע, פאר- 
לירט ער איבער די טאנייסים... 

און די טאנייסים, -- האָט מען װײַטער דערציילט, און וועגן דעם שוין 
פארשטעלט און בעסאָד א ביסל, -- די טאנייסים האָט ער אף זיך גענומען 
פאר די זינד פון זײַן פאָטער, װאָס, װי מע האָט געשמועסט, האָט ער 
געקערט צו די שאבסע-צוי... ער אין א שטיק צײַט פון זײי פארפירט 
געווען, און בייס דער באװוּסטער אסיפע פון די באװווסטע ראבאָנים, װאָס 
מע האָט אין יענער צײַט אמאָל געכאפּט אין איינער א שטאָט בייס א 
יאריד, ווען זיי האָבן זיך פארשלאָסן אין א שטוב און דאָרט ארום א 
נאקעטער נעקייווע, ארום זייער מאטרוניסאָ (מטרוניתא) געטאנצט, אין 
אויך ער, דעם זיידע רעב יויעלס פאָטער, געווען צװישן די טענצערס.. 
דערנאָך האָט ער כאראָטע געהאט, און נאָך דעם, װי מ'האָט די שאבסע- 
צווי אין כיירעם ארײַנגעלייגט, האָט ער א שטיק צײַט געהאלטן אין איין 
וויינען, טאָג און נאכט זיך אין הארצן געשלאָגן, האָט קיין העמד און קיין 
מאלבושים נישט איבערגעביטן, אפילע אף שאבעס, ברויט און וואסער 


1 די ארויסגעטריבענע פון שפּאניע. 


52 


געגעסן און אף דער ערד געשלאָפן. דערנאָך איז ער פארפאלן געװאָרן. 
און מער האָט ער זיך שוין אהיים ניט אומגעקערט, און מ'האָט ניט גע- 
װוּסט, װוּהין ער איז אהינגעקומען... אייניקע האָבן געזאָגט, אז ער האָט 
זיך צוריק אומגעקערט צו די שאבסע-צווי און זיך אװעקגעלאָזט קיין 
סטאמבול, און אנדערע --אז ער איז אוועק אָפּריכטן גאָלעס. 

און אָט, פאר זײַנע זינד, האָט עס דער זיידע רעב יױעל אף זיך 
גענומען אָפּקומען, און נישט נאָר דער זיידע אליין, נאָר אויך דער פעטער 
לוזי, האָט מען געשמועסט, איז ייִנגלװײַז, אז ער האָט זיך פון זײַטיקע 
און פון קרויווים דערװוּסט וועגן זײַן זיידן, האָט ער זיך דעם זיידנס 
גוירל צום הארצן גענומען און געזאָלט אין פאָטערס וועג אװועקגיין, און 
ס'האָט שוין מיט אים געהאלטן שלעכט, און אויך ער איז פון טאנייסים 
שוין קראנק געווען. אָבער אזויווי ער איז געווען זייער יונג, האָבן אים 
די קרויווים און אייגענע אײַנגערעדט, און מע האָט אים קיין װעלעדניק 
געבראכט. און אז דער פעטער לזי איז פארן װעלעדניקער געקומען 
האָט יענער אף אים אָנגעשריגן און אין גרויס ייַרגאָזן א זאָג געטאָן: 

-- הא! װאָס מיינט ער, דער יונגערמאן? ער ועט זײַן זיידן מיט די 
טאנייסים פיל גרינגער מאכן? אליין א הוירעגינעפעש, א זון א הוירעג- 
נעפעש און אויך אן אייניקל א הוירעג-נעפעש.. װאָס מיינט ער, דער 
יונגערמאן? 

און דער פעטער לוזי האָט זיך געלאָזט איבעריידן. ער האָט לאנג 
געוויינט פארן וועלעדניקער און דעמלט אויך פארשטאנען, אז נישט אף 
דעם וועג װעט ער זײַן זיידן צו הילף קומען, און פון דעמלט אָן איז ער 
שוין קיין וועלעדניק געפאָרן, האָט זיך פעסט געהאלטן און פון דער 
פעסטער האנט זיך געלאָזט אָנפירן. 

די לעצטע צײַט אָבער, --האָט מען װײַטער דערצילט,--נאָך דעם 
וועלעדניקערס פּטירע, פילט זיך דער פעטער לוזי עפּעס עלנט, ער פאָרט 
ארום פון ,, הויף? צו , הויף", זוכט און קאָן זיך ניט צוקלײַבן, און ער אין 
מאָרעשכוירעדיק טאָמיד; ער קער זיך דערום וייניק אָן מיט מענטשן, 
האָט מיט קיינעם קיין מאגע-מאסע, און די איינציקע נעגיַע מיט מענטשן, 
װאָס ער האָט יאָ, איז װאָס פון צײַט צו צײַט כאפּט ער זיך צום זיידן 
צוגאסט אראָפּ. און אמאָל, װען ער קומט צום זיידן נישט לאנג, פאָרט 
דער זיידע צו אים צוגאסט. 


+/ 5 + 


און אָט, פון אָט די באזוכן דעם פעטער לוזיס, טוט בא די קינדער 
אף שטענדיק זײַן געשטאלט פארבלײַבן, און זיי פארגעדענקען אים: 

א מענטש העכער מיטלװוּקס, מיט גראַוולעכע אויגן, װאָס קוקן נישט 
גלײַך, נאָר איבער קעפּ אריבער... אָנגעטאָן איז ער טאָמיד אין א גלאנ- 
ציק-לאסטיקענער קאפּאָטע אינדערװאָכן און אין א זײַדענער אום שא- 
בעס... האלט זיך גלײַך, און אז ער גייט, דאכט זיך, אז אלע מוזן אים 
דעם וועג אָפּטרעטן.. רעדט וייניק, און מערסטנטיילס זעט מען אים 


55 


זיצן אין טאלעס, און ווען ניט אין טאלעס, איז מיט די הענט אין די 
צוויי ‏ הינטערשטע קעשענעס פון זײַן קאפּאָטע פארשטעקט, שפּאנט א 
פארטראכטער איבערן צימער ארום, שטעלט זיך אָפט אָפּ און בלײַבט אויך 
שטיין פארטראכט, און א טעווע האָט ער בייסן טראכטן: מיט זײַנעם א 
טײַטיפינגער איבער דער ברעם פון זײַן רעכטן אויג הין-און-צוריק צו 
פירן און די האָר צוצובארשטן. 


1 


אײינמאָל, אין איינעם א גאנצפרי, שוין הייסן, אָװו-כודעשדיקן פרי- 
מאָרגן, איז מוישע מאשבער, וי נאָר ער איז אופגעשטאנען פון געלעגער, 
זיך אָנגעטאָן און געוואשן, אזוי איז ער גלײַך ארײַנגעגאנגען אין שמאָלב- 
לעך-לענגלעכן קאָרידאָר, װוּ די שראגע פון די מאלבושים איז געשטאנען. 
ער האָט אף זיך זײַן זומערדיקן אויבער-מאנטל גענומען און זײַן שירעם 
פון ווינקל, און קיינעם פון די נאָך שלאָפּנדיקע בניי-באיס, און אפילע 
זײַן װײַב גיטלען, גאָרניט זאָגנדיק, איז ער, פארן דאוונען און פארן טיי- 
טרינקען, ארויס פון זײַן הויז און צום בעסוילעם, װאָס געפינט זיך שטארק 
װײַט, אזש אין צווייטן עק שטאָט, זיך אװעקגעלאָזט. 

וי ער איז פון זײַן הויף ארויס, אזוי איז ער באלד דורכגעגאנגען די 
ברייט פון זײַן נאָך פארשלאָפענער גאס, װאָס איז בישכיינעס געווען מיט 
די ניט-ייַדישע, מיט יענע, װאָס מיט די פארוקטע סעדער און מיט די 
הויך-הילכנדיקע פּארקנס, און דאן איז ער אף דעם בריק, װאָס פאריי- 
ניקט ביידע שטאָטיטײלן, די אין דער הייך און אין דער נידער ליגנ- 
דיקע, ארוף. 

דער בריק איבערן טײַך--א לאנגער, און אונטער פערדן-טלאָ האָט 
מיט געהילץ און מיט בריק-פּוסטקײַט געהילכט. אינמיטן בריק--א בריי- 
טער וועג פאר פערד-און-װאָגן, און פון ביידע זײַטן בא די פּאָרענטשעס -- 
שמאָלע וועגן פאר צופוסגייער. 

אפן בריק ארופקומענדיק, האָט מוישע געזען, וי איין ברעג טײַך אין 
נאָך געלעגן טונקל אין דרעמלענדיקן נישט-ישורשענדיקן טשערעט, דער 
צווייטער -- באזונט שוין, און אפן טײַך אליין האָט די לעצטע טײַך-קיל- 
קײַט אף דער וואסער-אויבערפלאך זיך געדעמפט און גערויכלט. 

נאָכן בריק איז ער ארופגעקומען מיט א מעשופּעיארופליגנדיקער גאס 
אין דעם אייבערשטן שטאָט-טײל, דאָרט, װוּ ס'געפינען זיך די מערסטע 
און די רײַכסטע קראָמען און קלייטן, און װוּ די קראָמען און די געשעפטן 
זײַנען נאָך צו געווען, די טירן און לאָדן מיט שלעסער און מיט קווער- 
איבערגעפלאָכטענע קייטן געשלאָסן, און נאָר אף א זוניקער זײַט איינער 
זײַנען בא אייניקע קלייטן, פאר די טרעפּ און אף די טרעפּ, שוין בינטלעך 
פרימאָרגנדיקע באלמעלאָכעס געשטאנען און געזעסן, האלב נאָך פאר- 
שלאָפן, אין זייערע פאך-קויטיקע קליידער און מיט זעקלעך געצײַג, און 
געווארט אף באשעפטיקונג, אף פארדינסט און אז עמעצער זאָל זיי קומען 
אפן טאָג דינגען. 


54 





פון דאָרט, פון דעם צענטער-שטאָט, האָט ער זיך אף דער לענגסטער 
שטאָט-גאס אראָפּגעלאָזט, װוּ, אף וויפל ס'איז מיטן אויג געװוען צו זען, 
זײַנען אלע לאָדן פון די איין- און צװייישטאָקיקע הײַזער פון ביידע זײַטן 
נאָך פארמאכט געווען, אלע אײַנװױנער נאָך געשלאָפן, און נאָר ווען-ניט- 
ווען האָט אן איינצלנע פארפריטע באלעבאָסטע מיט א קוישל די גאס 
דורכגעשניטן, אין א זײַטיק געסל ארײַן און אין מארק אװעקגעײַלט: אויך 
אן איינציקער באלעבאָס אמאָל איז מיט טאלעס-און-טפילן אונטערן אָרעם, 
פון שול קומענדיק, גאנצפרי שוין אן אָפּגעדאװנטער, אײַלנדיק און אפגיך, 
צוריק און צוליב געשעפט, אהיים איצט געלאָפן. 

די גאס אינגאנצן אָבער נאָך לײידיק. פון װײַטיװײַט נאָר, אזש פון 
דעם אונטערשטן טייל גאס, האָט זיך אף א לײידיקישלעפעריקן פאעטאָן 
באוויזן ארוף פאָרנדיק אן אײַנגעהאַרבעטער פורמאן, אף דער קעלניע 
דרעמלענדיק און דעם קאָפּ פארלירנדיק. 

װאָס װײַטער אָבער מוישע איז אזוי געגאנגען, האָט די גאס שוין צו 
ביסלעך און פּאמעלעך װי אופוואכן גענומען: פארשלאָפענע װײַבער, מע- 
נער, דינסטמיידלעך און קינדער זײַנען פון די בעטן נאָרװאָס ארויס די 
לאָדן עפענען, און אין די הײַזער האָט שוין רודערן גענומען, און פון די 
הויפן און פון די טויער-פאָרטקעס האָט שוין מיט געשטעלטע סאמאָווארן, 
מיט קוילן-רויך און מיט סמאלינע געטשאדעט. 

דעמלט האָט זיך מוישען די גאס אױיסגעלאָזט, א שטיק פרײַ פעלד מיט 
נאָר א שאָסײי-וועג אין דער מיט, אָן הײַזער און אָן ייַשעװו בא די זײַטן, 
האָט זיך אים באוויזן, און פון דאָרט אויס האָט מען שוין אויך די װײַט- 
לעכע אײַזנבאן-ליניע, װאָס טיילט אָפּ די שטאָט פון אויסער-שטאָט, גע- 
קאָנט אָנזען: פון ביידע זײַטן ליניע זײַנען אין אלאכסן גענייגט, איינער 
רעכטס און איינער לינקס, צוויי װײַס און שווארץ געשטרײַפטע שלאגביי- 
מער געשטאנען. און אָט אהין האָט איצט מוישע זײַן אויג געװענדט, 
אהין זײַן וועג אָנגעריכט. 

צוגעקומען און איבערגעשניטן די ליניע, האָט זיך דער וועג אים 
צעטיילט אף צוויי: איינער --א װײַסיברוקירטער און געשאָסײטער --- האָט 
זיך צו די פאָרשטאָט-ייַשוּװוים און דאן צום האָריזאָנט און צו װײַטע מער- 
כאָקים געצויגן, און דער צווייטער ---אן אראָפּנידערנדיקער, נישט געברו- 
קירט און נישט שאָסײט, האָט צו א נידעריק-געמויערטן, רויטציגלדיקן 
און נישט געטינקעוועטן פּארקן געפירט. און מוישע האָט זיך אפן צווייטן 
געלאָזט. 

און אָט, װי ער איז אזוי מיט דער לענג פון אָט דעם פּארקן א שטיק 
וועג אָפּגעגאנגען און היפּשע עטלעכע מינוט בא זײַן זײַט זיך געהאלטן, 
אזוי איז ער פּונקט אין דער מיט זײַנער צום בעסוילעם-טויער צוגעקומען, 
און דורך דאָרט, דורכן הויך-געמויערטן און פינצטערלעכן אויהעל, אפן 
,פעלד"" ארופגעקומען. 

ס'איז, װי געזאָגט, נאָך זייער פרי געוען. דער בעסוילעם מיט די 
פיל- און ענג-באלייגטע קװאָרים, וועלכע זײַנען דאָסראָוו מיט נוסביימ- 
לעך פון א מענטשן-הייך די גרייס פארשטעלט, אויך מיט איינצלנע הויכע 


55 


לינדנביימער, צעװאָרפענע, מיט פול קראָען-נעסטן באזעצטע, איז נאָך 
אונטן אין האלב-טונקל און אין גראָזיקער שאָטנדיקײַט געלעגן, אויבן, 
אָבער, שוין צו פרימאָרגן, צו זומער און צו טאָג אופגעוואכט און צעעפנט. 

מוישע איז דורכן קיל-פינצטערלעכן אויהעל דורכגעגאנגען, דורך צוויי 
אָנטירנדיקע עפענונגען, דער ארײַנגאנג דעם ארויסגאנג קעגניבער, וו 
אף איינער א מעזוזע-זײַט פון ארויסגאנג האָט ער דערזען אופגעהאנגען 
א ,צידוק-האדין?-טאָול, מיט גרויסע סידער-אויסיעס געשריבן. 

ס'האָט אים גלײַך נאָכן אויהעל א פרײַער, נאָך נישט קיין פארנומע- 
נער פּלאץ באגעגנט, און אף יענעם פלאץ און פון די הויכע, מיט זון 
באשלַנטע ביימער אראָפּ--- אן אופגעריסן-גרילציק געשריי פון קראָען און 
קראָיִשן פּלאָנטער אנטקעגן דער ווארעמענדיקער זון דער פרימאָרגנדיקער. 

דעם פּלאץ דורכגעגאנגען, איז ער אף א סטעזשקע ארוף, און מיטא- 
מאָל האָט ער רעכטס פון זײַן וועג דערזען דעם באװוּסטן צאדיקס מײַערל, 
און ס'האָט אים אין הארצן א קיל געטאָן. 

דאָס מײַערל האָט ארויסגעקוקט פון דער גרויסער מאסע מאצייוועס, 
װאָס ארום דעם, מיט די טויבע אָנפענצטערדיקע װענט און מיטן רויטן 
בלעכענעם דעכל, װי א שװעמל פון גראָז, און מוישע, אף א זײַטיק 
סטעזשקעלע אהין אָפּקערעװענדיק, איז, נאָך אייניקע מינוט גיין דערוף, 
לעסאָף צו דער אלטער און קרומלעכער מײַערליטיר צוגעקומען. 


די טיר איז קרומלעך אף די זאוויעסעס געהאנגען, און פון איר עפענונג, 
פון א קרומלעכן שפּאלט, האָט אף מוישען מיט סקלעפּ און מיט איינזאמ- 
קײַט א וויי געטאָן. 

ער האָט לאנג זיך ניט געזאמט פאר דער טיר, האָט באלד זײַן שירעם 
בא א וואנט-זײַט אוועקגעשטעלט און אין דרויסן געלאָזט, און אליין די 
האנט צו דער קליאמקע אויסגעשטרעקט, זי אָנגענומען און די טיר 
געעפנט. 

פון ליכטיקן דרויסן געקומען און אין די אויגן נאָך פיל שײַן האָבנ- 
דיק, האָט דאָך מוישע אינעם מײַערל-פינצטערניש גלײַך דערזען, װי פון 
וואנט צו וואנט זײַנען דראָטן איבערגעצויגן, און אף די דראָטן זײַנען 
פּלאָשעקלעך געהאנגען, -- פארשווארצט און פארטשאדעט, פארייכערט און 
קוים דאָס גלאָז ארויסצוזען -- מערסטנטיילס אויסגעלאָשענע אָדער נאָך 
נישט אָנגעצונדענע, און נאָר אייניקע פון זיי האָבן געברענט, שוואך דעם 
ארום באלויכטן און מיט בוימל און קליינע קנייטלעך געקנאקט און גע- 
צאנקט. באלד האָט זיך פון א זײַט פונעם מײַערל, פון א באנק, װאָס בא 
דער וואנט, באוויזן א קלאָר נישט אָנזעעװדיק געשטאלט און דעם ארײַנקו- 
מענדיקן מוישען װי אנטקעגן געלאָפן. 

דאָס איז געווען ליבער-ימייער דער מײַערלישאמעס, יענער, װאָס שטענ- 
דיקט אפן פעלד, סײַ זומער, סײַ װינטער, און װאָס פון פרי ביז נאכט 
קאָן מען אים נאָר טרעפן אין מײַערל; יענער, װאָס גאנצפרי זעט מען 
אים לויפן אהין, און פארנאכט --אן אײַלנדיקן צוריק פון דאָרטן; טאָמיך 
מיטן סייפער אונטער דער האנט, א גראַָבלעך-נידעריטשקער, מיט א ברויג- 


56 


לעך-שווארץ סאָריס-פּאָנעם, אָן שום האָר אף די באקן און נאָר מיט א 
פּאָר גראָװויגעציילטע האָר בא דער גאָמבע אף (וען ער האָט צײַט) זי 
אין מויל צו בײַסן. א קורצזיכטיקער, די בריל איז אים טאָמיד אף דער 
שפּיץ נאָז, און מיט די גראָװקאָלירטע, שטענדיק ארופקוקנדיקע און צו 
דער פינצטערניש, װי א סאָווע, געװוענדטע אויגן, קוקט ער אריבער און 
ארויס פון איר. זײַן קאפּאָטע פון בוימל פארפּאפּט און פארטריקנט-גלאנ- 
ציק, און טאָמיד איז זי אין עטלעכע פאכן מיטן גארטל פארגארטלט, און 
די צוויי פּראָנדזןדעקן הענגען אים פון פאר די לענדן אראָפּ. 

און אָט װי מוישע האָט זיך דאָ נאָר באויזן, אזוי האָט זיך באלד 
ליבער-מייער אופגעהויבן פון זײַן באנק, װאָס בא איינער א וואנט, ער 
האָט זײַן סייפער אוועקגעלייגט, יענעם, װאָס ער קוקט אין אים ארײַן, 
לערנט אין אים באשטענדיק, ווען ער האָט קיין ארבעט ניט, וען אפן 
בעסוילעם קומט קיינער, קיין יאָרצײַט און קיין קייװוער-אָװעס-לײַט, און 
ער האָט נישט פאר וועמען קוויטלעך צו שרײַבן און לעמפּלעך אָנצוצינדן. 

איצט אָבער, אז ער האָט מוישען דערזען און אים דערקענט (װײַל 
געקענט האָט ער אלעמען אין שטאָט), איז ער גלײַך, אפילע נישט פרעגג- 
דיק בא מוישען, צו די דראָטן צוגעגאנגען, ער האָט אפגיך בא איינעם א 
לעמפּעלע זיך גענומען פּאָרען, פון א פלאש אהין בוימל אָנגעגאָסן, און 
קורצזיכטיק, פון אײַלעניש, איבערגעגאָסן, און מיט די הענט גוואדזשענ- 
דיק און אף א נישט געשיקטן שאמעס-אויפן דאָס קנייטל פאריכטנדיק, 
האָט ער עס אויך אָנגעצונדן דערנאָך. 

מוישע דערװײַל -- בייס ליבער-מייער האָט באם לעמפּעלע געטאָן-- 
האָט אף דער ערד און אפן צאדיקס קייווער געקוקט, ווי אויך ער, דער 
קייווער, איזן פעט-פארפּאפּט און פארטריקנט-גלאנציק, זײַנע ברעטלעך 
שוין צעפאָרן, און פון פיל יאָרן אָנגערוקטע קויטלעך אהין קוקן פון 
זײַנע שפּאלטן ארויס. 

דערנאָך האָט ער פון קעשענע א טילימל ארויסגענומען, און אָפּטרעטנ- 
דיק, אף וויפל דער דערעכערעץ פאָדערט, האָט ער זיך פארן קייווער גע- 
שטעלט, און נאָך דעם, װי ליבער-מייער האָט דאָס לעמפּעלע שוין אָנגע- 
צונדן און צוריק צו דער וואנט און צו זײַן סייפער זיך אומגעקערט, האָט 
ער גענומען זאָגן. 

ער האָט לאנג און ווארעם טילים געזאָגט, מוישע, און װאָס מער ער 
האָט געזאָגט, אלץ מער האָט ער זיך צעווארעמט, און ווערטער האָבן אים 
פון מויל געשטראָמט, --יענע װערטער, װאָס דערמאַנען אין מענטשנס 
זינד און שוואכקײַט און אין זײַן נישטיקן און קומען-מוזנדיקן סאָף; 


כי עװמותי עברן ראשי כּמשא יכבדו ממנ.. 
הנה טפחות נתתה ימי וחלדי כאין נגדן.. 
אן שפל 25 אדח ולהף מלה 6 
1 װײַל מײַנע זינד זײַנען מיר אריבערן קאָפּ, װי א שװוערע לאסט דריקן זי 
אף מיר. אין א קליין מעסטל האַסטו מיר געגעבן מײַנע טעג, און מײַן וועלט איז 


נישטיק קעגן דיר. לויטער העװעל איז דער גאנצער מענטש. אזוי איז עס בא- 
שטענדיק. 


57 


און באלד האָט ער שוין דאָס גאנצע ארומיקע פארגעסן. ער האָט זיך 
מיט די ווערטער צונויפגעגאָסן, און דער שטראָם האָט איִם געטראָגן, און 
טרויער און גלײיביקײַט האָבן זיך געשטארקט אין אים, מער טרויער, וי 
גלויבן... און טרערן האָבן זיך אים געגאָסן, און אזוי לאנג און אזוי װײַט 
איז ער פארכאפּט געווען פון געוויין, אז ער האָט שוין אף א קאָל גע- 
וויינט, און, פון מענערישער קראפט געבראָכן, געכליפּעט. 

ליבער-מייער איז די גאנצע צײַט, ווען מוישע האָט געזאָגט, װי טאָ- 
מיד ער איז געװוינט געווען אף די זאָגנדיקע און אף די בעטנדיקע ניט 
צו קוקן, אויך איצט בא א זײַט געשטאנען און, אין סייפער ארײַנקוקג- 
דיק, פארטאָן געווען. אָבער אז מוישע האָט געענדיקט, אז זײַן קאָל איז 
אײַנגעשטילט געװאָרן, און ליבער-מייער האָט דאָס דערפילט, האָט ער 
ווידער דעמלט זײַן סייפער אפן באנק אוועקגעלייגט, און ערשט דעמלט 
צום פון געוויין שוין בארוטן מוישען צוגעגאנגען, און פּאמעלעך און מיט 
אַפּשײַ צו אים צוטרעטנדיק, בא אים אף דער סיבע פון זײַן איצטיקן 
אפן-,,פעלד"-קומען געפרעגט. 

-- אזוי, אזוי, זיך א שטיקל אָרט? קויפן, -- האָט ער, ניכנעדיק, װי 
טאָמיד, בייס ער שטייט פאר א נאָגיד און ער טוט יענעמס אלע װוערטער 
באװוּנדערן, מוישעס ענטפער איצט איבערגעכאזערט. 

-- יאָ, -- האָט מוישע געזאָגט. 

מוישע האָט נאָך גערעדט מיט א פארטריקנטן און הייזעריקן האלדז 
פון געוויין. ער איז אף א קורצן שמועס נאָך מיט ליבער-מײיערן אין 
מײַערל פארבליבן. זיי האָבן וועגן בעסוילעם-זאכן געשמועסט, און אויך 
(װײַל ער האָט ליבער-מייערן זעלטן-ווען געזען) האָט אים איצט מוישע 
אויסגעפרעגט, וי ס' גייט אים און וי זײַנע פארדינסטן זײַנען. 

ער האָט דערנאָך אויך אף א מילדינעגידישן און נישט-פארשעמענדיקן 
אויפן ליבער-מייערן פארן לעמפּעלע אָנצינדן באלוינט, און ליבער-מייער 
האָט א פּאָר היפּש-װוערטיקע מאטבייעס, װאָס פון אנדערע און פון אָרעמע 
באזוכער איז ער ניט געוווינט געווען צו קריגן, אין דער האנט דערפילט. 
ער איז, זעט אויס, קאָנטעט געווען זײיער: ער האָט מיט זײַנע גראָװ- 
ארופקוקנדיקע, קורצזיכטיקע אויגן איבער דער בריל אריבער אף מוישען 
געקוקט, עפּעס שטיל געמורמלט און אף א שטאמללאָשן און אף א שע- 
מענדיקן שאמעס-אויפן אים אָפּנעדאנקט, מוישען. 

און שוין: מער האָט מוישע אין מײַערל נישט געהאט צו טאָן. ער האָט 
פארן ארויסגיין נאָר א װײַלע נאָך אף די ווענט און אפן קייווער געקוקט, 
און דאן, מיטן פּאָנעם צום קייווער און מיטן רוקן צו דער טיר זיך 
שטעלנדיק, איז ער װידער, װי דער דערעכערעץ פאָדערט, אזוי צו דער 
טיר צוגעקומען, זי אופגעעפנט און ארויסגעגאנגען. 

נישט פון אויהעל און נישט צום שטאָט-ארױסגיין אָבער האָט זיך איצט 
מוישע געלאָזט, ניין; אז ער איז אפן פּרײַען, נישט-פארנומענעם פּלאץ, 
װאָס פארן אויהעל, געקומען, האָט ער אין א זײַט פארקערעוועט, רעכטס 
פון אויהעל, װוּ בא א זײַט פון פּארקן, אין פרונט און ארײַנגעבויט אין 


58 


אים, איז דעם מאזשגיעכס שטיבל געשטאנען, מיט די קליינע פענצטער- 
לעך און מיט דער טיר פון פאָרהײַזל אין פעלד ארויסגעעפנט. 

דעם מאזשגיעכס הײַזל--װוי אלע אזוינע ענלעכע בייס-האקװאָרעס- 
הײַזלעך, האָט מיטן אָרעמלעכן אויסזען דערמאָנט אין א קרעטשמע, װאָס 
אין א מיט שליאך אין א זײַט פון א ייַשעװ. א פּאָר פרייאופגעשטאנענע 
און פארשעמטע קינדער האָבן זיך געשפּילט פאר דער טיר, מיט דאָרפיש- 
אראָפּנעלאָזטע אויגן, װאָס היטן זיך מיט א פרעמד-אָנגעקומענעם מענטשנס 
בליק צו באגעגענען. אן איינציקע ציג האָט זיך נישט װײַט אפן פעלד- 
גראָז געפּאשעט. זי איז מיט א שטריק צו א נײַער, נאָך נישט געשטעל- 
טער, הילצערנער צאם אָן אויסיעס צוגעבונדן געשטאנען, און פארן פאָר- 
הײַזל, פאר דער ארײַנגאנגיטיר האָבן זיך, װי טאָמיד פאר אזוינע הײַזי 
לעך, קיך-געשיר, שטוב-קיילים און בעטגעוואנט געטריקנט און געלופ- 
טערט. : 

מוישע איז דורכן פאָרהײַזל דורכגעגאנגען, װוּ ס'האָט מיט לײידיקע 
עמער, מיט פארדומפּענער פאס און וואסער געשמעקט, און אז ער האָט 
די טיר געעפנט און אין שטיבל ארײַנגעקומען, האָט ער אריבער א האלבן 
מיניען ייִדן פארזאמלטע, און, װוי ס'װוײַזט אויס, פון פריַער אָפּגערעדט 
געווען, אף אים שוין ווארטנדיק געטראָפן. 

דאָס זײַנען געווען: ערשטנס, הירשל ליווער, דער מאזשגיעך אליין. 
א פופציקיאָריקער, מיטלװוּקסיק-ברייטלעכער פּארשוין מיט פון טאבעק 
פארגעלטע האָר בא דער גאָמבע-באָרד, און די איבעריקע האָר היפּש שוין 
װײַסלעך. די קאפּאָטע בא אים, בא די קנעפּ פון פאָרנט און באם פארשפּי- 
ליען, פארשמאָלצעוועט, אָבער ניט פון פארשפּיליען און נישט פון צו אָפט 
זיך פּאָרען בא דער קאפּאָטע, נאָר פון הויכלעכן בויך, האָט זיך געדאכט, 
און װי פון בויךישמאלץ פארשמאָלצן. א שטארק-בארוטער, מיט א כיט- 
רע-בורשטינענעם בליק פון אונטער אָפּלאכנדיקע אויגן ארויס. א שטאָט- 
מענטש און א באל-דייע אין שטאָט. און די אוּװודע זײַנע איז געווען- 
פאר זיך און פארן בעסוילעם (פאר זיך אף לעבן, און פאר דעם בעסוילעם 
װאָס מע דארף אף צו קויפן און צו פאריכטן) פון טויט און פון לעבעדיק, 
פון אָרעם און פון רײַך צו רײַסן. 

ער האָט אפן בייס-האקװאָרעס געװוינט און ,קװאָרעסמאן" געהייסן, 
אַבער בא קװוּרעס האָט מען אים, אויסער בא אָנגעזעענע און רײַכע, 
זעלטן-ווען געזען. דערפאר אָבער האָט ער דעם טױטן קאָנטע-בוך גע- 
פירט, און יעדער פּיצעלע אפן , פעלד? איז אים אייגן געווען, קיין מינדסט 
ערטעלע פון אים פארהוילן, און דערום, ווען קייווער-אָװעס-צײַט, אז אן 
אָרעמאן, אן אָרעמער באלמעלאָכע, פלעגט זיך צו אים ווענדן: 

-- רעב הירשל, כ'קאָן מײַן טאטן ניט געפינען, זאָגט מיר, כ'בעט 
אײַך, װוּ ליגט ער? 

-- לעבן א פערציקער ליגט ער, -- פלעגט הירשל ענטפערן, און מ'האָט 
דעם ענטפער פארשטאנען, און ער האָט טאקע באלד געהאָלפן דעם טאטן 
צו געפינען, און איז אויך אליין געהאָלפן געװאָרן. 

דאָס איז הירשל, 


59 


ס'האָט אויך געווארט איציקל טשיטשבאבע --א כעוורע-קאדישע-גאבע. 
א מענטשעלע א פארזעעניש. נישט אזוי מיטן קערפּער באלײידיקט, װוי 
מיטן פּיצל פּענעמל, װי א פײַג אן אײַנגעשרומפּנס, מיט װײיניק הערלעך 
אף דעם און מיט צוויי שמאָלע אייגעלעך, װי שפּעלטעלעך, און אויך מיטן 
דין קעלעכל, װי בא אן ערשט געבוירן קעצל. 

ער איז שטארק פרום, איציקל, און פון גרויס פרומקײַט קװיקט ער 
זיך אָפט און זופּט לופט, וי יושקע. אליין רעדט ער נישט און זאָגט קייג- 
מאָל גאָרנישט, נאָר אז אנדערע שמועסן, שטייט ער בא א זײַט און האלט 
עמעצן אונטער. ער טראָגט א היטל מיט א שטארק ברײיטן דענעק, א 
האלבישאבעסדיקע קאפּאָטע טאָמיד, און צוליב דער בעקאָוועדיקער שטעלע 
און פּארנאָסע -- פון גאנצפרי שוין אין גארטל, 

ס'האָבן אויך געווארט עטלעכע נויסעמיטע-יידן, מיט שטארק-לאנגע, 
ביז דער ערד אראָפּ, קאפּאָטעס, אין קורץ געכאָליעװעטע, נישט געשמירטע 
שטיוול, שװײַגנדיקע, פארגליווערטע און האלבע גוילעמס -- פון פיל טויטן 
זיך אָנזען און פון פּאָרען זיך מיט טויטע. אויך א פּאָר גרעבעריידן 
יענע, װאָס מע זעט זי אָפט אין פעלד פון א נישט-דערגראָבענער גרוב 
מיט די קעפּ ארויסשטעקן, קימאט זקיינים שוין, װאָס האָבן זיך אפן פעלד 
און באם קװאָרים-גראָבן געעלטערט, אָבער מיט געזונטע פּלײצעס נאָך, 
ברייטע און האמעטנע -- איינער אין א זשילעט אָן ארבל, און דער צויי- 
טער מיט א ווינטערדיק וואטאָװע לײַבל אף די אקסל ארופגעװאָרפן. 

אָט די אלע האָבן, װי געזאָגט, װוי, סװוײַזט אויס, שוין פון פריַער 
אָפּנערעדט געווען, געווארט אף מוישען, און איצט, אז ער איז אין שטיבל 
ארײַן, זײַנען זי שוין גרייט געשטאנען אלע: הירשל מיטן פעלד-בוך אין 
האנט, און אלע איבעריקע, אז זיי האָבן מוישען אף דער שװועל דערזען, 
האָבן געטאָן דאָס זעלבע, װאָס הירשל האָט געטאָן, אים דערזעענדיק: אלע 
האָבן די פּענעמער צו דער טיר אויסגעדרייט: און נאָכדעם, װי מע האָט, 
צוליבן קאָװעד פון מוישען, אייניקע מינוט נאָר אין שטוב און בא אן 
איבערגעכאפּטן שמועס זיך פארהאלטן, האָט הירשל , קומט, ייִדן", א זאָג 
געטאָן. און אלע האָבן זיך צו דער טיר געלאָזט און צוזאמען מיט מוישען 
צוריק אין , פעלד" ארויס. 

באלד האָט דאָס גאנצע פעלד און אויך די הויכע איינציקע לינדנביי- 
מער, יענע, װאָס מיט די פיל קראָינעסטן באזעצט, א בינטל ייִדן צוזאמען 
זיך האלטנדיקע און איינס לעבן אנדערן שפּאנען, געזען: הירשל ליווער 
מיט מוישען בעראָש, און הינטער זיי די איבעריקע, נישט װײַט אָפּגע- 
טראָטן. 

הירשל, דעם בוך האלטנדיק, האָט איצט אויסגעזען, װי א סויכער, 
װאָס איז ארויס מיט א קוינע אף זײַן סכוירעילאגער און טוט אים בא- 
װײַזן, װאָס ער פארמאָגט, און װאָס ער יל אים פארהאנדלען. יעדער 
ווינקעלע אפן בעסוילעם איז דאָך הירשלען באקאנט, יעדער מינדסט ער- 
טעלע באװוּסט, װוּ וער ס'ליגט, װוּ װאָס פאר אן אָרט איז מער כאָשעו, 
און װוּ װאָס פאר א כאָשעװו סװואָלט געװאָלט ליגן... 

,און אָט, -- האָט ער איצט מוישען פון אָרט צו אָרט געפירט און אים 


0 


געוויזן, -- און דאָ איז, װי ער זעט, שוין פארנומען, און דאָרט שוױן 
פארקויפט, און נאָר אייניקע ערטער, געציילטע און לעבן גאָר גרויסע 
לײַט, זײַנען אים נאָך פארבליבן, װאָס ניט פאר אבי-וועמען האלט ער 
זיי, און ניט יעדער, אפילע פאר גרויס געלט, קאָן זיי קריגן, און זאָל ער, 
מוישע, אליין זען, װאָרעם צו ריידן איז דאָך ניט שײַעך, און זאָל ער זיך, 
װוּ און װאָס אים געפעלט, זיך אױסקלײַבן לעפי-קעוווידוי... 

-- אוואדע, אוואדע לעפי קעווידוי, ---איז איציקל טשיטשבאבע דאָ 
פון א זײַט אויסגעוואקסן מיטן ברייטן היטל-דענעק, מיטן פּיצל פּענעמל 
און מיטן קעצליקעלעכל, הירשלען אונטערהאלטנדיק און וי אויך מוישען 
צופּאסקענדיק. 

-- יאָ, יאָ, -- האָבן אויך די גוילעם-שאמאָסים נאָכגעזאָגט און אויך די 
פּאָר קװאָרים-גרעבער ---אף זייער אויפן גראָבלעך. 

שפּעטער א ביסל האָט מען געקאָנט זען, װי אף איינעם אן אָרט האָט 
זיך דאָס פריַערדיקע ייִדן-בינטל שוין לענגער פארהאלטן און אף א היפּש 
שטיקל צײַט אויך דאָרט פארבליבן. 

הירשל, האָט מען געזען, האָט, אף יענעם אָרט שטייענדיק, עפּעס אין 
בוך ארײַנגעשריבן, און די גרעבער האָט ער א באפויל געגעבן, זי זאָלן 
דאָס אָרט באלד אָפּגרײַזן און א סימען אף , פארנומען? מאכן. און די 
גרעבער האָבן טאקע אזוי געטאָן און זיך היפּשלעך צײַט געפּאָרעט און 
פון דינע ברעטלעך עפּעס א דערװײַליקע צאם געמײַסטרעװעט. 

מוישע דערװײַל האָט, בייס די גרעבער האָבן זיך בא דער צאם געפּאָ- 
רעט, אף דער ערד געקוקט און זיך פארטראכט, און צוליב כשיוועס פון 
דער שאָ פאר מוישען האָבן אים די איבעריקע װוי אליין געלאָזט און פון 
צו שטערן זיך אָפּגעהאלטן. 

אין יענעם מאָמענט האָט אינעם שטארק צעעפנטן און זוניקן כאָלעל 
פון פרימאָרגן עפּעס א יונגע קראָ פון א הויכן בוים א קראקע געטאָן, און 
מוישע האָט זיך פון פארטראכטקײַט און פון אומגעריכטקײַט אף צוריק א 
דריי אויס געגעבן, 

ער האָט דעם בוים געזוכט און אים ניט געפונען, און אָנשטאָט דעם 
בוים האָט ער פּלוצלינג דערזען אף דער װײַטער אײַזנבאן-ליניע א לאָ- 
קאָמאָטיוו, א פּעכקענדיקן און װײַסן רויך לאָזנדיקן, וועלכער האָט א לאנגן 
און שווער-באלאָדענעם פראכט-צוג נאָך זיך געשלעפּט, מיט א לאנגער 
ריי אלציינס רויט-געפארבטע וואגאָנעס און מיט שווארצע רעדער אין איין 
מאָס לויפנדיקע, זיך אײַלנדיקע און װוי אף איין אָרט שטייענדיקע. 

דער צוג האָט איצט מיט זײַן אייגענער מאכשאָווע וועגן אָנקומען און 
פארגיין געשטימט, אים דערמאָנט... און דער לאָקאָמאָטיוו האָט באלד טאקע 
אָט די דערמאָנונג װי באשטעטיקט: ער האָט א שנײַדנדיקן לאנג-צעצויגע- 
נעם אוֹן צו דער סטאנציע צו וויסן-געבנדיקן פּײַף ארױיסגעלאָזט. מוישע 
האָט פון אומגעריכטן פּײַף א ציטער געטאָן, און ער האָט זיך באלד צו די 
גרעבער, װאָס ער האָט זיי בא דער ערד-מעלאַכע הינטער זײַנע פּלײיצעס 
געלאָזט, זיך אויסגעקערעוועט און -- דערזען: שוין, די צאם שוין פארטיק, 
און די גרעבער האָבן שוין זייער ארבעט געהאט פארענדיקט. 


6{ 


דעמלט האָט זיך דאָס גאנצע בינטל, ווידער מיט די זעלבע, װאָס פריִער, 
|בעראָש, צוריק דורכן פעלד צום אויהעל-צו און צו הירשל דעם מאזש- 
גיעכס שטיבל געלאָזט, און צוריקגייענדיק, האָבן אלע איצט עפּעס באזונ- 
דער צופרידן און אופגעלייגט אויסגעזען: מוישע, װאָס געקויפט, הירשל, 
װאָס פארקויפט, איציקל דערפאר, װאָס הירשל און אנדערע זײַנען צופרידן, 
און אויך די שאמאָסים און גרעבער אופגעלייגט, װײַל זיי האָבן אף מאשקע 
און אף דאָס אָרט צו ,, באנעצן" ארויסגעקוקט. 

און מע האָט טאקע , באנעצט"... אז אלע זײַנען װוידער צו הירשלען אין 
שטוב ארײַן, איז הירשל באלד צו דער אלטמאָדישער, נידעריטשקער גלע- - 
זערנער שאפע צוגעגאנגען, פון א פּאָליצע פון דאָרט קעלישעקלעך, מאש- 
קע, אויך צובײַסן, װאָס ער האָט באשטענדיק פאר אזוינע פאלן (און אויך 
נישט נאָר פאר אזוינע) געהאלטן, ארויסגענומען, ער האָט אויך אלעמען, 
אויסער מוישען (װײַל ס'איז הײַנט א טאָנעס-טאָג געווען בא מוישען) אָנ- 
געגאָסן. די ייִדן די גרעבער האָבן, די שטארקע מאשקע טרינקענדיק, פון 
האנאָע און פון די הויכע גראדוסן, קרעפטיק געקראכט, און, װי הינט פון 
וואסער ארויסקומענדיק, געפּאָרשקעט; די שאמאָסים האָבן, נאָכן טרינקען, 
שטיקלעך פארבײַסן געכאפּט און די קעפּ און די אויגן אין א זײַט אָפּגעקע- 
רעװעט; איציקל האָט א שלוקערץ געטאָן, און דאָס פּענעמל איז אים בלאס 
געװאָרן; און הירשל -- געוווינט און נישט צו דערקענען אף אים -- האָט 
געטרונקען און געווינטשעוועט, און אויך אלע איבעריקע האָבן אים, מוי- 
שען, צו ווינטשעווען אונטערגעהאלטן, 

און נאָכן טרינקען איז מען א װײַלע נאָך אף די ערטער געבליבן, מע 
האָט, שטייענדיק, פון שטאָט- און בעסוילעם-זאכן געשמועסט און, אופגע- 
לייגטלעך, זיך קורצע נײַסן איבערגעגעבן. און לעסאָף, פֿאר מוישעס אוועק- 
גיין און בייס זיך געזעגענען מיט אלע, האָט זיך מוישע צו די אלע, װאָס 
זײַנען בא דער קניַע און אויך בא דער מאשקע בײַגעװען, זיך געװוענדט, 
און אלע אָן אויסנאם צו זיך אף הײַנט אפדערנאכט אף א סודע פארבעטן: 

-- קומט צו גיין, ייִדן, קומט אלע, -- האָט ער זיך אויך צו די שאמאָ- 
סים און גרעבער געווענדט. 


2 


שוין לאנג, אז מוישע האָט פון זײַן ברודער לוזי קיין בריוו, קיין גרוס 
און קיין שום יעדיַע ניט געהאט. 

עמעס, ס'איז שוין קיין נײַס ניט געווען דאָס לאנגע שװײַגן און דאָס 
נישט-לאָזן-הערן פון זיך לוזיס: ער, מוישע, איז שוין געװוינט געוען 
דערצו, און אָדער, -- פלעגט ער זיך אין אזוינע פאלן טראכטן, -- ער 
געפינט זיך איצט אין זײַן קליין שטעטעלע, װאָס אף דער גרענעץ ערגעץ 
פארוקט, אָדער ער איז אף זײַנע זוך-רײַזעס װוידער, פאָרט פון , הויף? צו 
,הויף?, פון רעבן צו רעבן און אמאָל דאָ, אמאָל דאָרט, װוּ מער און װוּ 
װײיניקער, פארברענגט דאָרט זײַן צײַט אלס , יוישעוו" 

טראכטנדיק פון אים, פלעגט ער זיך אים אין דער מאכשאָװוע פאָר- 


4* 2 





שטעלן און מיט האנאָע און ברידערלעכן איבערנעמען אמאָל אים טרעפן 
אין איין רעבנס א הויף, אמאָל אין א צווייטן, אָבער מערסטנטייל טאקע בא 
זײַן אייגענעם רעבן, װוּהין ער, מוישע אליין, פלעגט פאָרן. 

אָט זעט ער: 

א שטעטעלע, װי אלע שטעטעלעך, אָרעמלעך און שטױביק, געסלעך 
נישט געסלעך, מיט נידעריקיבאידר'ערדיקע הײַזלעך, האלב אויסגעקרימט, 
האלב פארזונקען. 

אינװייניק, אין שטעטעלע -- נישט געקערט און קויטיק. דערפאר אָבער 
איז דאָס פון דרויסן מיט צוויי אנטקעגניבער-שטייענדיקע בערג, מיט סאָס- 
נע-וואלד באוואקסן, ארומגענומען. 

דער וואלד מאכט דאָס שטעטעלע, ווען מע קוקט דערוף פון װײַט, בא- 
שטענדיק דרעמלען. און אויך דער וועג, װאָס פירט ארײַן און ארויס פון 
שטעטעלע, דרעמלט, --- מערסטנטיילס אליין און נישט צו זען אף אים 
קיינעם, אמאָל נאָר אויב מיט א פּױער אף א פור א דרעמלענדיקער; אמאָל, 
און זעלטענער, זעט מען א ייַדישן באלעגאָלע מיט א בוד טומלדיקע און 
פארשטויבטע פּארשוינען געפּאקט, מיט א טױיבלעכן גלאָק און ייַדיש- 
פּארשוינישן גאָנערן פארבײַ אײַלן; נאָר זעלטן זעט מען אף יענעם וועג, וי 
א פארבלאָנדזשעטן, אויך א פּריצישן פאעטאָן אמאָל דורכפאָרן. 

דאָס שטעטעלע, זעט מוישע (װײַל ס'איז מיטנװאָך איצט), אין פּוסט- 
לעך: װי שוין לאנג קיין יאריד נישט געווען, און לאנג ביז א יאריד נאָך 
צו ווארטן, 

געסלעך האלב-טויטע און קלייטלעך האָבן ניט בא וועמען צו לייזן און 
צו פארקויפן, װאָס זיי פארמאָגן. 

די מער פארמעגלעכע האלטן זייער אויסשטעלונג-סכוירע פאר די טירן 
אין קוישלעך אויסגעשטעלט, און בא די וייניקער פארמעגלעכע הענגען די 
סימאָנים פון אויסשטעלונג אף די טירן און אף לאָדן פארדארט און פאר- 
טריקנט: געזאלצענע פישלעך אף א שטריקל, א בינטל בייגל, א קרענצל 
פארשרומפּענער טערקישער פעפער. 

אף די גאסן זעט מען איצט קיינעם. ייִדן -- אין די קרעמלעך, ייַנגלעך -- 
פון גאנצפרי אין די כאדאָרים, און מיידלעך אין דער היים --- מיט די מו- 
טערס געבליבן באם קאָכן, ראמען, אין שטוב און אין באלעבאטישקײַט צו 
העלפן. 

דעם רעבנס הויף, װאָס שטייט אינמיטן שטאָט, און איז מיט א גרעסערן 
פּלאץ ארומגערינגלט, צייכנט זיך פון די איבעריקע הײַזער אויסערלעך מיט 
גאַרנישט ניט אויס, אויסער נאָר, װאָס ער איז מיט איינעם א שטאָק הע- 
כער פון די איבעריקע הײַזער, און אויסער דעם אויך, װאָס א קלויז שטייט 
דאָרט אין הויף. 

דער הויף -- א גראמלעכער און פון פיל גיין און פוס-טופּען איז די 
ערד דאָרט שטארק אײַנגעטראָטן. אין יענעם הויף, טאָמיד אין אן ערעוו- 
שאבעס אָדער יאָמטעו, טוט און טומלט זיך דאָרט פיל: שאמאָסים טראָגן 
דעמלט טיש-און-בענק פון הויז אין קלויז, און דער באשטענדיקער פיש- 
קאָכער פון ,הויף" שטייט איבער א פּײַער, װאָס אין א גרוב צעלייגט, און 


69 


אפן פּײַער א פאן, און אין פאן פיש, און הויף-לײַט און גאס-ייַנגלעך ארום 
אים, ארום פײַער, קוקן, װי די פיש קאָכן זיך. 

אָט דער הויף איז איצט פּוסט, װײַל ס'איז קיין יאָמטעװו און קיין ראָש- 
כוידעש. 

קיין שאמאָסים און גאבאָיִם זעט מען ניט. זיי געפינען זיך איצט מער- 
סטנטייל אין זייערע היימען-אכסאניעס, װאָס די װײַבער זײיערע פירן 
און האלטן זיי פאר פרעמד-אָנגעפאָרענע אָרכים, און װאָס אף זייערע, אף 
די װײַבערשע נעמען, רופן זיך טאקע די אכסאניעס: סאָרע-כאנעס, גיטל- 
לייעס אאוו. און אזויווי די שאמאָסים און גאבאָיִם האָבן איצט קיין ארבעט 
באם רעבן, געפינען זיי זיך איצט בא זיך אין דער היים ארבעט. 

אָפּט קאָן מען איצט זען אזא גאבע אָדער שאמעס בא זיך אין אכסאניע 
ארויסלויפן פון א פּוסטן אָרכים-צימער, -- א צעפּאטלטן און א שלעכט- 
פּארשפּיליעטן, װי זיי זײַנען געװוינט באם רעבנס טיש אָדער בייסן באדינען 
דעם רעבן, -- ער לויפט ארויס און לויפט דורך דאָס אײַנפאָר-הױז, -- יענץ 
אײַנפאָר-הויז, װאָס טיילט די שטוב אפצווייען, און װאָס טיף דאָרט איז 
פאראן אן אָרט פאר פערד-און-װאָגן אונטער א הויכן און שלעכט-סטרי- 
כעדיקן דאך, פול מיט פלעדערמײַז און שוואלבן --לויפט דאָס הױז 
דורך און כאפּט א קוק צו זײַן װײַב, װאָס דארף זיך איצט געפינען 
אין דער צוייטער העלפט שטוב, אין קיך, טרעפט אָבער נישט דאָס 
װײַב, נאָר א זיך-ארײַנגאנװענענדיקן פרעמדן הונט דאָרט שטין, און 
שרײַט: 

-- סאָרעיכאנע, טרײַב ארויס דעם הונט, ער װעט אויסכאפּן דאָס 
פלייש. 

אָדער: 

-- סאָרעיכאנע, א כאזער איז באם צעבער, טרײַב אים ארויס, דעם כא- 
זער! 

ס'איז שפּעט אין פרימאָרגן, אין רעבנס הויף איז, וי געזאָגט, שטיל און 
קיינער קומט ניט. פון צײַט צו צײַט נאָר באװײַזן זיך פון א פענצטער פון 
אױבערשטאָק א פּאָר, פון גאנצפרי זיך לאנגװײַלנדיקע, יונג-מיידלשע, 
רעבנסיטעכטערשע געשטאלטן, און פון נישט האָבן צו טאָן און מיט קיין 
זאך ניט באשעפטיקט, װי פרײי-געפאנגענע, קוקן זיי אין דרויסן ארויס. 

אויך אין קלויז איז דעמלט שטיל, דער פרימאָרגן-מיניען האָט שוין 
אָפּגעדאװנט, און קיין אנדערע און מער מיניאָנים זײַנען, איבער מאנגל 
אין מענטשן -- סײַ היגע, סײַ אָנגעפאָרענע -- ניטאָ. 

אָט דעמלט זעט מוישע זיצן זײַן לוזין איינעם אליין אין קלויז אין א 
ווינקל. פּריִער אין טאלעס און אין די טפילן, שפּעטער -- נאָר אין טאלעס, 
און אין א סייפער ארײַנקוקן און לערנען... 

אן אלט-בלינדלעכער, שקראבעדיק-אומבלאַנקענדיקער שאמעס דרייט 
זיך ארום אין מײַרעװ-זײַט, און -- אָדער ער װישט א פארייכערט לאָמפּן- 
גלעזל, מיט א שמאטע אף א שטעקל אָנגעטאָן, אָדער ער צעהענגט דעם 
נאסן האנטעך פון פרימאָרגן אף א גאנצן טאָג זיך טריקענען, 

מאכט זיך דעמלט: 


4--9 64 


א פרעמדער ייָד, נאָרװאָס פון וועג אָנגעקומען, װאָס האָט באדארפט צום 
רעבן נייטיק און האָט זיך פרי שוין אָפּגעפּראװעט און איצט איז ער ארײַן 
אין קלויז אף אָפּדאװונען, קומט און דערזעט לוזין, איינעם אליין בא זײַן 
סייפער אן ארײַנגעטאָנענעם, און ער דערפילט, אז קיין היגער איז ער 
ניט, דער לוזי, און אויך דעם רעבנס קיין מעקורעוו און קיין אוירעך ניט, 
װײַל װעדליק פאר א היגן האָט ער צופיל צײַט, און פארן רעבנס א מע- 
קורעוו װעדליק זעט ער עפּעס צו פרעמדלעך אויס. 

און ער פארינטערעסירט זיך, דער ייָד, און וויל וויסן, װער ס'איז, װײַל 
עפּעס אן אויסטערלישער, זעט ער, איז ער, דער לוזי, און מיט ניט קיין 
געוויינלעך האדראס-פּאָנעם. און ער ווענדט זיך צום שאמעס, אָדער צו אן 
אנדערן וועמען, װער, אויסערן שאמעס, אין קלויז אמאָל דעמלט געפינט 
זיך, און טוט א פרעג, מיט די אויגן אף לוזין אין ווינקל אָנװײַזנדיק: 

-- זאָגט מיר, כ'בעט אײַך, װער איז ער, דער ייִד? 

און דער שאמעס, אָדער דער אנדערער, ווער ס'ווערט געפרעגט, פאר- 
כידעשט זיך אפן ייַדן, און דער ייַד באקומט פון געפרעגטן א בליק א 
פארװוּנדערטן, און צוזאמען מיטן בליק אויך אן ענטפער א צוריק;אָפּ- 
פרעגנדיקן: 

-- ער ווייסט ניט? טאקע? ס'איז דאָך לוזי... לוזי מאשבער. 

-- אזוי? -- באװוּנדערט באלד דער ייַד זײַן נישט-וויסן, װי פארשעמט- 
לעך, -- אזוי, -- און ער בלײַבט א פּאַר מינוט פונװײַטן מיט די אויגן װי 
צו לוזין צוגעבונדן. 

װײַל, וויבאלד , לוזי", ווייסט שוין אויך יענער, װאָס האָט פריער א 
מינוט ניט געװוּסט, אז דאָס איז דער, װאָס גרויס קאָװעד. און אויסערגע- 
װײַנלעך גאסטפרײַנטלעכקײַט אין יעדער רעבנס הויף אף אים ווארטן 
דאָס איז דער, װאָס בא די גרעסטע , טישן? איז אים דאָס בעקאָװעדיקסטע 
און שענסטע אָרט געזיכערט, און דאָס איז אויך דער, װאָס יעדער , הויף" 
װאָלט פאר זיך פאר אן ערע געהאלטן און זיך געווינטשעװועט אזא איינעם 
צו זיך פאר א מעקורעוו ארײַנצובאקומען און פאר א שטענדיקן , פאָרער" 
צו זיך צו דערווערבן. 

אזוי טראכט דער ייד דעמלט, און אזוי טראכט אויך מוישע וועגן לו- 
זין, און מיט באהאלטענעם איבערנעמען-זיך שטאָלצירט ער און שטעלט זיך 
איִם פאָר באשטענדיק. און אזוי האָט ער אויך די לעצטע צײַט, נאָך דעם, 
װי ער האָט פון אים, װי געזאָגט, לאנג קיין בריוו און קיין גרוס ניט גע- 
האט, געטראכט, און דערבײַ זיך אויך בארויקט. 

נאָר פּלוצלינג האָט ער אין איינעם א טאָג מיט א באלעגאָלישן שאָליַעך 
פון לוזין א בריוו צוגעשיקט באקומען, אן אומגעוויינלעך-איבעראשנדיקן, 
און דער בריוו האָט אים שטארק אופגערודערט און אלע זײַנע ביזאהע- 
ריקע פאָרשטעלונגען וועגן לוזין צעשטערט, 

לוזי האָט געשריבן!; 

? דער בריוו איז געשריבן אין א מעליצעדיקן כסידיש-לאמדאָנישן העברעיש. 
צוליב פארשטענדלעכקײַט וועצגן גיבן מיר אים דאָ אין א קימאט ווצרטלעכער 
איבערזעצונג אין ייִדיש. 


09 


,געלויבט איז האשעמייסבאָרעך... דער טאָג... צו דער פּארשע... יאָר... 
צום קליינעם פּראט, דאָ, די שטאָט אומאן. 

צו ערן מײַן ברודער, מײַן לײַבגעליבטן מוישען, זײַן ליכט זאָל לויכטן. 

נאָכן פאָרשן דײַן פרידן, קום איך דיר צו וויסן געבן די נײַס און 
װיכטיקײַטן, װאָס האָבן מיך געטראָפן, זינט איך האָב זיך געשיידט פון 
דיר שוין א יאָר מיט כאדאָשים. 

דו ווייסט מײַן צאר, זינט ס'איז געפאלן דער האר, ס'איז אָפּנעטאָן גע- 
װאָרן די קרוין און צוגענומען דער אָרנקוידעש מיטן טוט פון מײַן רעבן 
און מאדריך, דאָס מיינט מען אונדזער הײליקן רעבן פון װעלעדניק -- די 
דערמאָנונג פונעם צאדיק זאָל געבענטשט זײַן, -- װאָס נאָך אין מײַן יוגנט 
האָב איך זיך באהעפט און צוגעבונדן צו אים מיט א ליבע-בונד אף ניט 
איבערצורליסן. כ'האָב איבערגעענטפערט מײַן נעשאָמע אין זײַן האנט, אין 
די הענט פונעם צאדיק, דעם גרונט פון דער וועלט, און בין זיכער געווען 
אין אים און אין איבערגעענטפערטן: ער האָט מיך געהאלטן די גאנצע צײַט 
און מיך געפירט אין זײַנע וועגן, די וועגן פון לעבעדיקן גאָט. אזוי בא זײַן 
לעבן. נאָך זײַן טויט אָבער, אז ער האָט פארלאָזט אונדזער נידעריקע וועלט, 
האָט ער מיך פארלאָזט אף אנגסט, װי א בלאָנדזשענדיקן אין דער מיד- 
בער. כ'האָב אים פארלוירן און פארלוירן אלץ... כ'האָב אומגעװאָגלט פון 
שטאָט צו שטאָט, פון איין צאדיקס הויז צום הויז פון צווייטן, און קיינער 
פון זיי הייבט ניט ארוף מײַן גײַסט העכער פון יענעם שטאפּל, אף וועלכן 
כ'האָב ארופדערלאנגט און אופגעגאנגען מיט אייגענעם קויעך און מיטן 
קויעך פונעם רעבן, בעשאס ער האָט געלעבט, און פון וועלכן איך האָב 
צען שטאפּלען נידעריקער אראָפּגענידערט נאָך זײַן טויט. 

כ'האָב זיך שוין געהאט מעיאעש געװוען, געמיינט, כ'וועל שוין נישט 
געפינען, װאָס איך זוך, כ'האָב פארבראכט גאנצע טעג אין טפילע, און פון 
הימל האָט מען זיך איבער מיר דערבארעמט און מע האָט מיר אראָפּגעענט- 
פערט, 

און אָט איצט איז מײַן מויל און הארץ פול לויב און דאנקבארקײַט צו 
גאָט דעם דערבארעמדיקן, װאָס דערלאנגט א האנט צו די, װאָס טרינקען 
זיך, װאָס האָט מיך ניט געלאָזט אראָפּזינקען אין טיפן זומפּ, דאָס מיינט 
מען אין גײַסטיקער אָרעמקײַט און שיפלעס. 

און געוויס איז דער זכוס פון אונדזערע עלטערן, אוביפראט דער זכוס 
פון אונדזער הײיליקן פאָטער, מיר בײַגעשטאנען. און נון, האָט מיך דער 
אייבערשטער באגליקט, מיך געפירט און געבראכט אהער, אין דעם אָרט, װוּ 
איך בין געקומען אין א נײַעם בונד, אין א פעסטן, מיט די גײַסטיק-פעסטע 
פון דעם הײיליקן רעבן רעב נאכמען, דאָס אייניקל פון באלשעמטאָװ -- 
זײַן דערמאָנונג זאָל געבענטשט זײַן! -- װאָס ווערט אָנגערופן ,דער בראס- 
לעווער?, און מײַן לײַב האָט אופגעלעבט. 

און נון, זיץ איך איצט שוין א שטיק צײַט דאָ, אין דער שטאָט אומאן, 
דאָס אָרט, װוּ דער אויבן דערמאָנטער צאדיק איז באגראָבן. כ'באזוך אלע 
טאָג זײַן קייווער, כ'דאוון אין זײַן בעסמעדרעש, האָב זיך באקענט און 


6 


געקומען אין ענגן קרײַז מיט די, װאָס ליבן זײַן נאָמען, האָב געלערנט אין 
זײַנע הייליקע ספאָרים, כ'האָב אראָפּגענידערט אין זייערע טיפענישן און 
אופגעבראכט פיל פּערל... 

און כאָטש, טײַערער ברודער, כ'ווייס, אז דער וועג, וועלכן איך האָב 
אויסגעקליבן, איז ניט אױסגעטראָטן, און פיל שטרויכלונגען און שטער- 
שטיינער פאר די, װאָס גייען אף אים, און דעריקער, פיל פײַנט און בייזי 
וויליקע רייד ארום דעם נאָמען, שיטע און טוירע פון דעם אויבן דער- 
מאָנטן רעב ראכמענען, אָבער מיטן קויעך פון אייבערשטן, װאָס גיט דעם 
מידן קויעך, װעל איך זיך שטעלן קעגן אלע האסערס און בייזיבאריידערס 
און װעל מאכן אלע זייערע טײַנעס און זייערע פײַלן, אָנגעשמירטע מיט 
גיפט, צו נישט, אזוי װי דו װעסט זען, אז כ'וועל, אימירצעהאשעם, קומען 
אינגיכן צו דיר אין הויז. מירן זיך זען און מירן ריידן וועגן דעם איניען 
לאנג און קורץ. 

און דערמיט װעל איך מעקאצער זײַן, מאכמעס ס'איז פיל צו טאָן צו 
גאָט, און דער זמאן איז קורץ. און איך קום זאָגן פיל פרידן צו דיר, אויך 
גריסן דײַן װײַב, מאָראס גיטעלע, זאָל לעבן, און אויך אלע פון דײַן הויז- 
געזינד, די גרויסע, װי די קליינע, װאָס זײַנען מיר טײַער און צום הארצן 
נאָענט. 

דאָס זײַנען די רייד פון דײַן ברודער לוזי, דער זון פון אונדזער האר 
דעם פאָטער יױיעל, זײַן רוּונג זאָל זײַן אין גאניידן, און ער זאָל אונדז שטיין 
צו אונדזער רעכטער האנט צום סאָף פון די טעג, אז מאָשיִעך װועט קומען. 
אָמײן?. 


= 8 5 


אין דער נאכט, װאָס נאָך יענעם טאָג, ווען מוישע האָט אָט דעם בריוו 
באקומען, האָט זיך אים געכאָלעמט: 

ער שטייט פאר א שפּיגל, פארן לאנגן וואנט-שפּיגל בא זיך אין זאל. 
קיינער איז נישטאָ, ער קוקט אף זיך... 

-- זע, -- זאָגט ער, -- שוין, דאכט זיך, גאָר ניט אזוי יונג, א זיידע 
דאָך שוין, און קיין איין קנייטש ניט אפן פּאָנעם, און ביכלאל, נאָך קיינע 
סימאָנים פון עלטער... די האָר פון קאָפּ און באָרד -- גאָלד-געלבלעך, דאָס 
פּאָנעם -- פריש, אופגעלייגטלעך, און די קליינע קנייטשעלעך בא די 
אויגן -- דאָס איז פון זײַן טעווע זיי צו זשמורען בא דער שײַן און ליכט 
און אויך בא אָפטע אינעװייניקסטע פארגעניגנס. דער קערפּער פול, גלאט, 
און די קליידער ליגן אף אים, וי שטײַף געפּאקט. 

ס'טוט אים (אף וויפל ס'מעג אים טאָן) האנאָע פון זיך, אָבער באלד 
וויל ער שוין (מאכמעס מוירע פאר איבערנעמען זיך און צופיל צו טאָן 
האָבן מיט אזוינע זאכן, װי מיט קערפּערלעכקײַט) פון שפּיגל אָפּקערעװען. 

נאָר פּלוצלינג דערזעט ער: זע, -- זאָגט ער, -- װאָס אי-דאָס? 

עפּעס אף זײַן שטערן, װי אן אָס אויסגעשטעמפּלט, רויט, װוּנדיק, און 
וי אויסגעבריט. 

ער קוקט זיך צו: א טאָף (ת) אפן שטערן. ער דערשרעקט זיך, און ,װאָס 


67 


זאָל דאָס זײַן??" -- טראכט ער זיך. און ער דערמאָנט זיך, װאָס טאָף קאָן 
באטײַטן: ,תחיה? (װעסט לעבן), אָדער ,תמות" (װעסט שטארבן), און 
ער כאפּט מיט דער האנט און טוט זיך א װיש איבערן שטערן, און ער 
דערשרעקט זיך פאר זײַן האנט, און כאפּט זיך באלד אוף א דערשראָקענער: 
הא... אָבער ס'געדויערט נישט לאנג, און ער װערט וידער אנשלאָפן, און 
ס'כאָלעמט זיך אים װוידער: 

ס'א סימכע בא אים אין הויז, אין שטוב פיל מענטשן. אלע נאָענטע 
און אייגענע -- אופגעלייגטע און אים צום הארצן נאָענט. די צימערן פול. 
כאָטש ער, מוישע, געפינט זיך אין עסצימער, װאָס איז פון ליכט און לאָמפּן 
באלויכטן, דאָך, דאכט אים, אז ער זעט, װאָס אין אלע צימערן טוט זיך, 
גלײַך זיי װאָלטן איינס פון אנדערן מיט קיין וואנט ניט אָפּגעטײלט זײַן 

ער איז אין דער שווארץ-זײַדענער קאפּאָטע און אין גארטל. די קא- 
פּאָטע בא זײַן לינקער זײַט ברוסט שטייט אים א ביסעלע אָפּ איבער דער 
פאטשיילע, װאָס ער האָט דאָרט, און װאָס אלע װײַלע נעמט ער זי ארויס, 
װישט מיט איר דעם שווייס פון שטערן און קערט זי באלד ווידער אהין 
צוריק. דאָך פילט מוישע אויך, דורך דער פאטשיילע, די קאפּאָטע, װײַל 
די ברוסט, פילט ער, פון פרייד וואקסט אים, 

קינדער און אייניקלעך, קרויווים און באקאנטע, זעט ער, קוקן און 
פרייען זיך מיט אים, און ער אליין, װוי טאָמיד אין אזוינע פאלן, קאָן די 
אויגן פון פארגעניגן ניט האלטן אָפן, זשמורעט זיי און קוקט, װוי דורך 
שפּעלטעלעך שמייכלענדיקע. 

אלץ גוט און ווויל. נאָר איין װאָלקנדל פילט מוישע אף זײַן סימכע- 
היטל: עפּעס פילט ער די גאנצע צײַט איינעם א פרעמדן בא זיך אין שטוב, 
און עפּעס ניט קיין ייַד, דאכט אים, און װוּ ער טוט מיטן אויג נישט קיין 
בליק, אזוי זעט ער אים און געפינט אים דאָרט. און דאָס איז -- זע, דער 
פּאָרעץ, דער, בא וועמען ער האָט מיט יאָרנלאנג צוריק געקויפט דעם 
הויף, די שטוב, דאָס מעבל און דאָס הויז-ראָד, ווען יענער, דער פּאָרעץ, 
איז יוירעד געװאָרן און האָט געהאלטן בא אָנזעצן, און בא אים, בא מויי 
שען, איז גראָד דעמלט א גוט יאָר געווען, ס'האָט אים שטארק געגליקט 
און די געשעפטן זײַנען אים דעמלט אויסערגעוויינלעך גוט געגאנגען.. 

און ער כידעשט זיך, מוישע: יאָ, דער פּאָרעץ, אָבער װי קומט ער גאָר 
אהער, װער דארף אים, װער האָט אים גערופן, און ער -- אײַנגעלאדן? 

אין דער זעלבער צײַט װערט מוישע פון א רעדל מענטשן ארומגע- 
רינגלט, און מע ווינטשעוועט אים, און ער נעמט אָן דאָס ווינטשעווען און 
ווינטשעוועט צוריק, און ער פארגעסט זיך אֹף א װײַלע אינעם פרעמדן, אין 
יענעם, װאָס איז אים נישט אָנגענעם. 

און מיטאמאָל באמערקט מוישע, אז דאָס ליכט אין שטוב, און דעריקער 
דאָס, װאָס הינטער זײַנע פּלײצעס, לעשט זיך און װערט טונקעלער. אן 
ער דרייט זיך אויס, באמערקט ער: א שטילשװײַגן, און װי די סימכע 
װאָלט אינמיטן עפּעס איבערגעריסן און אָפּנעשטעלט געװאָרן. אלע דרייען 
פון אים די קעפּ אָפּ, און רעדלעכװײַז און בינטלעכװײַז פארגייט מען, מע 
פארבלאסט און אין טונקלקײַט וערט מען װוי שאָטנס אלע. 


08 


און מיטאמאָל קערעוועט ער אויס דעם קאָפּ צו דער שטוב-טיר, גלײַך 
עמעצער װאָלט אים א רוף געטאָן אהין, און ער דערזעט א מענטשן אף דער 
שװועל שטיין, װאָס פריער דערקענט ער אים ניט, אָבער אז ער קוקט זיך 
אין אים אײַן, דערזעט ער: יאָ, ס'איז דאָך זײַן טאטע. ער איז אין א וועג- 
מאנטל, אין א ביסל א פארשטויבטלעכן, אָנגעטאָן, און אז ער, מוישע, וויל 
צו אים צוגיין און אים אָפּגעבן ,שאָלעם? און אים פון שװעל אין שטוב 
ארײַנבעטן, דערזעט ער: זײַן מאנטל צעשפּיליעט און --א טאלעס אונטער 
זײַן מאנטל, 

און דאָ דערפילט מוישע עפּעס װי א קעלט אין רוקן, גלײַך עמעצער 
װאַלט אן אומגעריכטן פענצטער אין א קילן דרויסן ארויס אופגעעפנט. און 
אז ער קערעוועט זיך אויס צו זען, פונוואנען ס'בלאָזט און װער האָט עס 
געעפנט, איז שוין דאָס ליכט פון הינטער זײַן פּלײיצע אינגאנצן אויסגע- 
לאָשן, קיינער איז שוין נישטאָ, אָדער אלע אין דער פינצטער, ניט אָנצו- 
זען... 

אז ער דרייט זיך דעמלט ווידער אום צום פאָטער, זעט ער, אז נאָר דאָס 
אָרט, װוּ דער פאָטער שטייט אף דער שוועל, איז באלויכטן, און דער פאָטער 
איז בלאס און װי פון א שטארקער װײַט אהער געקומען, און ער מעג 
שווערן, מוישע, אז ער זעט אויך עפּעס װי פארפרוירענע טרערן אפן פאָ- 
טערס פּאָנעם. 

-- װאָס איז, טאטע? -- טוט מוישע א פרעג. 

-- קום מיט מיר, -- ענטפערט אים דער טאטע. 

-- װוּהין? 

-- אין הויף אראָפּ. 

-- נאָך װאָס? 

-- ס'האָט זיך אָנגעצונדן און ס'ברענט א האָרן פון דײַן הויז. 

-- װוּ? ס'דאָך פינצטער. מ'זעט דאָך גאָרניט. 

-- קום, װועסטו זען, 

און דער פאָטער קערעוועט זיך אויס און גייט פארפריער, און מוישע 
הינטער אים. 

אז זי קומען פון די גאנעקיטרעפּ אראָפּ אין הויף, װײַזט אים דער פאָ- 
טער אף א ווינקל שטוב, אונטערן דאך, הויך צו דער רינווע ארופצוקוקן, 
און -- ריכטיק: מוישע דערזעט עפּעס א רויט פּײַערל אף דער רינווע, און 
דאָס פײַערל איז קליין, פלעמלט און וואקלט זיך, און מוישע װוּנדערט זיך, 
װאָס ער שרעקט זיך ניט און רופט קיינעם צו הילף ניט. 

און מיטאמאָל דאכט זיך אים, אז עמעצער פון הויף קוקט אים אין רוקן. 
ער טוט זיך א דריי אויס און דערזעט א מענטשן אינמיטן הויף, און -- 
זע, ווידער, דאכט זיך, דער פּאָרעץ. און מוישע װוּנדערט זיך װײַטער, 
7 אז ער קוקט זיך מער אײַן, זעט ער: ניין, ס'איז ניט ער, נאָר גאָר 
וזי... 

און מיטאמאָל וואקסט עפּעס אויס א ליכט לעבן לוזין. א הויכע, א וועק- 
סענע, װי א מענטשן-װוּקס די גרייס, װאָס ביז לוזיס ברוסט דערגרייכט 
זי. און דאָס פײַערל, זעט מוישע, איז, װײַזט אויס, פון אונטערן דאך און 


09 


פון- אונטער דער רינווע ארונטערגעקומען און צו לוזיס ליכט דערנעענט 
זיך -- קלעטערט ארוף פון דער ערד אף דער ליכט, פון דער ליכט אפן 
קנויט, און -- די ליכט איז אָנגעצונדן, 

באלד באװײַזט זיך נאָך איינער א מענטש לעבן לוזין, עפּעס װי א שול- 
שאמעס אָנגעטאָן און מיט א גארטל, און לעבן זיך האָט ער א פײַעריפאן 
שטיין, און אין פאן קאָכט זיך וואקס, און דער שאמעס נעמט אלעמאָל 
וואקס ארויס, קילט אים, קנעט אים, גיט אין אים א קנויט ארײַן, און לוזי 
צינדט אים אָן... 

און די ארבעט גייט שנעל באם שאמעס, און ליכט מערן זיך לעבן 
לוזין, און אָט אין שוין דער גאנצער הויף פון זיי פול --- אין צוויי גלײַכע 
שורעס אויסגעשטעלט, און לוזי אינדערמיטן. 

און א לעװאָנע באװײַזט זיך דעמלט איבער לוזיס קאָפּ פון טונקעלן הימל 
ארוף. און לוזי שטייט צװישן די צוויי שורעס ליכט, פארײַסט דעם קאָפּ 
צום הימל און צו לעװאָנע, די באָרד איז אים אופגעשטעלט, האלדז און 
גאָרגל אָפּגענאקעט, און די אויגן פארגלאנצט, האלב אָפן, האלב געשלאָסן. 

און דאָ דערהערט מוישע א כליפּען פון זײַן פאָטער, װאָס איז די גאנ- 
צע צײַט געשטאנען לעבן אים און דאָס אלעס צוזאמען מיט אים צוגעזען. 
דער פאָטֶער האָט געוויינט, האָט די אויגן פון לוזין און פון זײַן קישעפן 
אנטקעגן דער לעװאָנע אָפּגעקערעװעט. און דער גאנצער קערפּער זײַנער, 
װווי אין בראָך און ציטער. און מוישע פרעגט בא אים: 

-- װאָס וויינסטו, טאטע? 

און דער פאָטער ענטפערט אים פון געװויין; 

-- זעסט ניט? לוזי טוט אונדז אָן אזוינע כארפּעס-בושעס, קום פונ- 
דאנען. 

-- װוּהין? -- פרעגט מוישע. 

-- מיט מיר, -- ענטפערט דער פאָטער. 

און דער פאָטער לאָזט זיך גיין, און מוישע נאָך אים, און נאָך עטלעכע 
טריט נאָר אָפּגײן, כאפּט ער זיך אוף, מוישע. 


+ :: : 


-- א סװאָרע... לוזי? -- האָט ער זיך טייקעף נאָכן אופכאפּן א טראכט 
געטאָן. 

-- ניין, -- האָט ער דעם געדאנק פארטריבן, 

-- א סװאָרע, -- האָט ער זיך נאָכאמאָל צום פריַערדיקן געדאנק אומ- 
געקערט, -- אז אזוי קרום איז דער וועג זײַנער, אז צוליב דעם איז דער 
טאטע אראָפּגעקומען, פון אים דעם קאָפּ אָפּנעקערעװעט און פון בושע און 
ווייטעק געוויינט. 

-- ניין, -- האָט ער זיך װײַטער פון אין דער ריכטונג צו טראכטן ניט 
געלאָזט. 

ער האָט אויסגעשפּיגן באם געדאנק, ווען ער האָט זיך דערמאָנט אינעם 
פּאָרעץ און אין לוזין, װי ער איז געשטאנען אין הויף מיט די ליכט, מיטן 


70 


שאמעס און אנטקעגן דער לעװאָנע, -- און ער האָט דאָס אלץ פון זיך, 
װי אן אומװירדיקײַט און װי כאָלעם-פּוסטקײַט פאריאָגט. 

און אויב פון אָט דעם אלעם, פונעם גאנצן געדריי אין כאָלעם, איז 
אים עפּעס יאָ שווערס אפן הארצן געבליבן, האָט ער דאָס אלץ אף זיך און 
אף זײַן כעזשבן גענומען, און דער פאָטער, -- האָט ער זיך געזאָגט, -- איז 
דאָך צו אים געקומען, און ,קום מיט מיר" אים גערופן.. און כאָטש ער 
האָט פון יענער-וועלט זייער זעלטן און ביז אהער קימאט נישט געטראכט, 
און קיין סיבע ניט געהאט צו טראכטן, װײַל קערפּערלעך געזונט און בא 
אלע קויכעס און גאָרנישט האָט אים נישט געפעלט און גאָרנישט ניט אָפּ- 
געגאן, -- דאָך האָט ער איצט, נאָכן כאָלעם, נאָכן ערשטן, װי נאָכן צווייטן, 
דאָס יאָ אפן געדאנק גענומען, און דאָס, װאָס מיט אייניקע טעג צוריק 
װאָלט אים נאָך װוילד און אומגלייבלעך אויסגעזען, האָט זיך אים איצט 
יאָ געגלייבט און אפן זינען געלייגט, און -- ער וייסט, -- האָט ער 
זיך געטראכט, -- און עפשער איז די צײַט געקומען, און מאלע װאָס: א 
מענטש קאָן ניט וויסן, און א ייד דארף זיך גרייטן. 

און ער האָט אזוי געטאָן: 

וי נאָר ער איז יענעם פרימאָרגן פון נאָכן כאָלעם אופגעשטאנען, זיך 
געוואשן און אָנגעטאָן, אזוי איז ער גלײַך אין שול דעמלט אוועק, געדאוונט 
און נאָכן דאוונען זיך פּויסער-כאָלעם זײַן געלאָזט. 

ער האָט זיך ניט באנוגנט דערמיט, און אין זעלבן טאָג איז ער, אז קיי- 
נער פון די אייגענע זאָל ניט זען און ניט מערקן, אין א קלייט, װוּ מע 
פארקויפט שוועביש, אוועק, געקויפט, געהייסן פארפּאקן און מיטן פּעקעלע 
אהיים געקומען, און -- ווידער אז קיינער זאָל ניט מערקן, --בא זיך אין 
אלקער אין א קאָמאָדע-שופלאָד ארײַנגעלייגט, פארשלאָסן, און דעם שליסל 
צו זיך גענומען. 

ער האָט זיך אויך דערמיט ניט באנוגנט, און װוידער דעם זעלבן טאָג צו 
הירשל ליווער, דעם מאזשגיעך פון ,, פעלד", בעסאָד א שאָליַעך צוגעשיקט 
און א טאָג באשטימט -- אז דעמלט און דעמלט זאָל הירשל אף אים אין 
דער און דער שאָ, מיט וועמען מע דארף, ווארטן: ער, מוישע, וויל צו אים 
קומען, װויל זיך א שטיקל , אָרט? אויסזען, און ניט נאָר אויסזען, נאָר אויך 
זיכער טאקע קויפן... 


3 


ס'איז נאָך געווען פאר האלבן טאָג, ווען מוישע האָט, פון , פעלד" קו- 
מענדיק, זיך באוויזן צוריק אהיים, 

אין דרויסן האָט שטארק געברענט די פאר-האלבטאָגיקע זון. די גאס, 
װוּ מוישעס הויז האָט זיך געפונען, האָט מיט הייסן שטויב און ברוק-שטיי- 
נער געטשאדעט. די ניט װײַט ליגנדיקע ניט ייִדישע גאסן מיט די פארוקטע 
סעדער און טויבלעכע פּארקנס האָבן אין פון היץ צעפּריַעטן ביימער-כא- 
לאָשעס געשוויגן. 

אין מוישעס הויף, װאָס איז אינמיטן מיט גרעסערע, קײַלעכיקע שטיי- 


71 


נער אויסגעברוקירט, און בא די שטוב-ווענט ארום -- מיט קליינע פּלא- 
טשיקע געפלאסטערט, איז ריין און פון גאנצפרי פארקערט געווען, און אין 
געברוקירטער און געפלאסטערטער װײַסקײַט האָבן פון צװישן שטיין און 
שטיין גרינע איינציקע -- און אין אייניקע ערטער אויך גאנצע בינטלעך -- 
גרעזעלעך ארויסגעקוקט. 

פאר די פענצטער פון עסצימער, װאָס איז ניט װײַט אויך פון דער 
הינטערשטער ארײַנגאנג-טיר אין הויף, האָט געדרעמלט דער ברונעם, װאָס 
האָט װוי א געדעקטער קאסטן אויסגעזען. אלע פענצטער פון אלע כאדאָרים 
פון אלע זײַטן פון הויז זײַנען געעפנט געשטאנען. 

אין קיך איז דעמלט, וי טאָמיד אין יענער צײַט, אויסערגעוויינלעך 
שטיל געווען: קיינע דינסטישע קוילעס און קריגערײַען, און דאָס האָט 
באדארפט באטײַטן, אז ס'איז אָדער נאָרװאָס נאָך א קריג, אָדער פאר א 
קריג אין קיך. 

קיינע קינדער נישט צו זען, און אויך די עלטערן זײַנען זיך -- ווער 
װוּ פון שטוב זיך צעגאנגען. גיטעלע, מוישעס װײַב, האָט זיך װי א 
פּריטשמעליעטע, און פון נישט האָבן װאָס צו טאָן, איינע אליין אין עס- 
צימער זיך געפינענדיק, פּוסטלעך פון אָרט צו אָרט געדרייט און אלעמאָל 
צו אן אנדער נישט-נייטיקער זאך אין באלעבאטישקײַט זיך גענומען. 

אָט דעמלט האָט זיך מוישע אף דער שװעל באויזן. ער האָט ערשט 
נאָרװאָס בא דער קליידער-ישראגע, װאָס אין קאָרידאָר, דעם מאנטל אויס- 
געטאָן און דעם שירעם אוועקגעשטעלט. גיטעלע האָט אים דערזען א נאָך 
שטארק פארשוויצטן און פון וועג ניט אָפּגעקילטן: איינער א האלבער 
שטערן רויט, און די אנדערע האלב, די, װאָס צום קאָפּיצו, -- א בלאסע 
און נאסע. און אזויווי מוישעס צײַט איז געוויינלעך איצט נישט אין דער 
היים געווען צו זײַן, נאָר אין שטאָט און אין געשעפט באשטענדיק, האָט 
זי, אים אן אומגעריכטן איצט דערזעענדיק, זיך דערשראָקן און פארשטא- 
נען, אז ס'איז עפּעס א שינוייטאָג הײַנט בא מוישען. זי האָט זיך דערום 
באלד א ווענד געטאָן און בא אים א פרעג געגעבן: 

-- װאָס אזוי פרי הײַנט? 

-- גאָרניט. כ'האָב באדארפט האָבן. 

--- און װוּהין זשע ביסטו עס אזוי פרי פון דער היים אוועקגעגאן, פארן 
דאוונען און פאר איבערבײַסן? 

-- כ'בין געווען אפן ,פעלך?. 

-- װאָס עפּעס פּלוצעם? 

גיטעלע האָט דערזען, אז איר מאן האָט עפּעס אן איניען, װאָס ער 
װאָלט גערן געווען פאר איר צו פארשטעלן און וועגן אים קיין שמועס 
פארפירן. ער האָט אָבער ניט פארשטעלט, און שמייכלענדיק, איר א זאָג 
געטאָן: 

-- כ'האָב מיר הײַנט א שטיקל ,אָרט" געקויפט, און, -- האָט ער װײַטער 
צוגעגעבן, -- אז דו װוילסט וויסן, איז ווייס שוין אינגאנצן: כ'האָב מיר 
שוין אויך , בגאָדים? אפן , וועג" פארגרייט. 

-- װאָס פאר א וועג און װאָס פארא בגאָדים?,, 


79 


גיטעלע האָט זיך שוין אָנגעהױבן שטויסן... זי האָט אָבער דעם געדאנק 
נישט דערלאָזט, האָט זיך אליין איבערגעריסן, און שוין אין א שטארקער 
אומרויַקײַט א פרעג געגעבן: 

-- װאָס רעדסטו, מוישע? כ'פארשטיי נישט און הייב נישט אָן צו פאר- 
שטיין. 

-- איז קום, װעל איך דיר באװײַזן. 

ער האָט זיך באלד פון עסצימער אין נאָענטן צימער גיין געלאָזט, און 
גיטעלע, עפּעס נישט גוטס פילנדיק און אף אומגעריכטס זיך ריכטנדיק, איז 
איִם נאָכגעגאנגען. אזוי פון צימער צו צימער, ביז זיי זײַנען צו זייער אל- 
קער, זייער בייד:ס שלאָפצימער, געקומען. די גאנצע צײַט האָט זיך מוישע 
צו איר ניט אויסגעדרייט און צו איר נאָר מיטן רוקן געווענדט געווען. ער 
האָט זיך אויך ניט אויסגעדרייט, ווען ער איז ארײַן אין אלקער, און גי- 
טעלע נאָך אים אין אנגסט. ער איז גלײַך נאָר צו דער קאָמאָדע צוגעגאנ- 
גען, איינעם א שופלאָד מיט א שליסעלע אופגעעפנט, און איבערגעבויגן 
שטייענדיק איבער אים און עפּעס זוכנדיק אין שופלאָד, האָט ער לעסאָף 
געפונען, װאָס ער דארף, און דעמלט ערשט זיך אויסגעקערעוועט. און גי- 
טעלע --נאָך איידער זי האָט מוישעס פּאָנעם דערזען, האָט איר פון די הענט 
פון זײַנע א צעויקלט פּעקעלע שװעביש, טאכריכים-ישטאָף, א פינקל 
געטאָן. 

-- שרעק זיך ניט, גיטעלע, דאָס זײַנען מײַנע , בגאַדים? אף אימירצע- 
שעם איבער הונדערט מיט צוואנציק. שרעק זיך ניט.. 

און דאָ האָבן זיך מיטאמאָל בא גיטעלען די קניַעס אונטערגעהאקט. 
ס'האָט זי א מלאָסנעקײַט באשלאָגן, און זי האָט דעם קנופּ פון איר קאָפּ- 
טיכל, װי צו כאלאָשעס, צעבונדן: אוי... און איידער מוישע האָט נאָך בא- 
וויזן א צווייט און בארויקערנדיק װאָרט איר צו זאָגן, אזוי האָט זי זיך 
גלײַך אפן בעט אראָפּגעלאָזט, און אן אָנמעכטיקע און װי אן אונטערגע- 
בראָכענע, האָט מיט א מאטער האנט-באוועגונג מוישען מיטן פּעקעלע 
פון זיך דערװײַטערט, און װי נישט קענענדיק קוקן אף ביידע, זיך בא 
אים געבעטן; 

-- נעם עס פון מײַנע אויגן צו, נעם עס צו, כ'בעט דיך. 

זי איז אן אויסן געבליבענע אף איר בעט געזעסן, און מוישע, נאָכדעם 
װי ער האָט דאָס פּעקעלע צוגענומען און דאָס אין א זײַט ערגעץ בא- 
שטאט, האָט זי צו בארויַקן און מיט איר אײַנטײַנען גענומען: 

-- ס'א נארישקײַט, גיטעלע, ס'גאָרניט... ס'האָט זיך מיר א כאָלעם 
געכאָלעמט. און די גאנצע וועלט איז דאָך א כאָלעם.. 

און גיטעלע האָט זיך טרייסטן געלאָזט. זי האָט אלע װײַלע נאָר, בייס 
מוישע האָט צו איר גערעדט און אזוי איבער איר געשטאנען, פון אונטן 
ארוף אף אים א קוק געטאָן, מיט גרויס געטרײַשאפט, און אויך מיט 
גרויסער טארומעס, װאָס ער האָט איר אין א זאך, װאָס איז איר קײינמאָל 
אפן געדאנק ניט געקומען און קיינמאָל אפן געדאנק נישט געװאָלט נע- 
מען, -- איצט דערמאָנט. זי האָט אלעמאָל אן עק טיכל צו די אויגן אופ- 
געהויבן, שטיל געוויינט און אָפט א טרער פון אן אויגן-ווינקל געװװוישט. 


18 


און לעסאָף, אז ס'האָט שוין היפּש געדויערט, און אז מוישע האָט זי 
שוין געהאט בארויקט און נאָך לאנגן אײַנטײַנען אין אירע אויגן א דער- 
לײַכטערונג דערזען און אף איר פּאָנעם א פרײַערע מינע,--האָט אויך 
ער זיך געשטארקט דערפילט, האָט אופגעלייגט און פרום אף איר אקסל 
א האנט ארופגעלייגט און זי פון בעט אופשטיין געבעטן. און אז גיטעלע 
האָט געפאָלגט און אופגעשטאנען, האָט ער זי שוין אויך אײַלן גענומען 
און פון אלקער זי ארויסגעבעטן: 

-- איז גיי, גיטעלע, און גרייט זיך צו. כ'האָב אֹף הײַנט אפדערנאכט 
יידן אף א סודע פארבעטן, בעט אויך דו, און לאָמיַר זיך פרייען מיט ייִדן. 


= * : 


מיט א שאָ שפּעטער האָט מען אין באטאָגיקן און אין שטארק-זוניקן 
עסצימער, באם גרויסן טיש, גיטעלען אױבנאָן, און לעבן איר, אף א 
בענקל, מענאכעמען, דעם שול- און שטוב-שאמעס, זיצן געזען. 

מענאכעם -- דער נידעריטשקער און צעטומלטער, װאָס רעדט גיך און 
מע פארשטייט אים ווײיניק, װאָס איז שטענדיק פארשמײַעט, װי ער אײַלט 
זיך ערגעץ, האָט פיל פעדערן אין קאָפּ און אין היטל, און ס'דאכט זיך, 
אז ס'איז פון צעטראָגנקײַט און פליַען --איז איצט, פון דער דרויסנדיקער 
און שטוב-היץ געזעסן א געשטילטער און װי א פארטשאדעטער פאר א 
לאנגן צעטל-בויגן מיט א בלײַשטיפט אין האנט. גיטעלע האָט אים אָנגע- 
רופן די נעמען פון אלע די, װאָס מע דארף אף דער סודע אײַנלאדן, און 
ער, מענאכעם, האָט פארשריבן. אויסער זיי, גיטעלען און מענאכעמען, איז 
אין עסצימער קיינער ניט געווען, פון צײַט צו צײַט נאָר האָט זיך א דינסט 
פון קיך ארײַנגעכאפּט, קעדיי עפּעס בא גיטעלען צו פרעגן, און באלד נאָך 
דעם איז זי מיט דער באקומענער טשוּווע װוידער צוריק אין קיך אוועק. 

אין עסצימער, װי געזאָגט, הייס. גיטעלע איז אף איר בענקל עטװאָס 
ברייטלעכער, וי געוויינלעך, געזעסן. דאָס טיכל פארנומען הינטער די 
אויערן --א סימען אף באשעפטיקט און אז זי אײַלט זיך שטארק. זי האָט 
אלעמאָל א פּאָר טרוקענע פינגער אין דער אונטערשטער ליפּ געזעצט 
און פון היצגעשלאָגענעם זיקאָרן אלע װײַלע אן אנדער פארגעסענעם נאָ- 
מען ארויסגעצויגן און פארװוּנדערט צו מענאכעמען זיך געווענדט: 

-- זע, און אויך מוישע פייגענזאָן האָבן מיר פארגעסן.. שרײַב אים 
ארײַן, מענאכעם. 

פון מאָל צו מאָל האָט זיך גיטעלע פונעם מיט שרײַבן א הייב געטאָן, 
האָט מענאכעמען אליין באם טיש געלאָזט, אפן קיך אװעק, און צו די 
פאראָרדענונגען און באפוילן, װאָס זי האָט שוין פון פריַער וועגן דער 
סודע אָפּגעגעבן, האָט זי, פּלוצלינג, זיך אין נאָך עפּעס דערמאָנענדיק, 
נאָך א נײַע געהאט צוגעגעבן. 

אין הויף, דאָרט, װוּ די שטאלן און קאמערן געפינען זיך, האָט מען 
פון איינער א קאמער דעמלט אלעמאָל שוין מיכאלקען, דעם אלטן און 
רוקנגעבראָכענעם הויף-היטער, מיט א ברעם האָלץ ארויסקומען געקאָנט 


24 


זען. א נישט אױסגעשלאָפענער, װי שטענדיק, מיט אלט-צעשװוּמענע און 
בראָנפן-קאָליריקע אויגן, װאָס רעדט צו זיך אליין, און װי טאָמיד אונטער 
א יאָמטעװו, ווען ער האָט צו טאָן עטװאָס מער, וי געוויינלעך, פוילט 
ער זיך, װאָרטשעט און שעלט ברויגעז. 

צוזאמען מיט מיכאלקען, באמערקט מען, קומט פון שטאל ארויס 
,קײַטלזייגער"-- דאָס קורצפיסיקע, געלע הינטל, װאָס איז הינטיש פאר- 
שעמט: האָט קיין קאָל נישט און קאָן נישט האווקען, און ס'האלט זיך שטיל 
און מיטן קאָפּ צו דר'ערד אראָפּגעלאָזט: שטייט קינמאָל ניט אָפּ פון 
מיכאלקען און מיטן באָמבלענדיק-אראָפּהענגענדיקן ברוסט-בײַכל באלייט 
עס איצט מיכאלקען פון קאמער אין קיך מיט האָלץ באלאָדן, און צוריק 
פון קיך אין קאמער --א ליידיקן און איבעראנײַס נאָך האָלץ... 

און אין קיך האָט זיך דעמלט מיטאמאָל שוין רירן און ריגעווען גע- 
נומען: טעמפּ און מיט גרויס אײַלעניש האָט זיך דאָס קלאפּן פונעם האק- 
מעסער אין האקברעטל אף דער גאנצער שטוב און אויך װײַט אין הויף 
ארויס דערהערט. א שטייסל האָט שנעל-קופּערדיק און קלינגענדיק דאָס 
האקמעסער איבערשרײַען גענומען, און דינסטישע קוילעס זײַנען זיך איינס 
דאָס אנדערע אין די געשרייען ארײַנגעפאלן, הויך און אָנכאפּעריש זיך 
געקריגט, און צום טאקט פון קריג און קוילעס, האָבן זיי דאָס האקמעסער- 
קלאפּן און דאָס שטייסל-קלינגען נאָך מער פארשטארקט און פארשנעלערט. 

דער אויוון אין קיך האָט זיך שוין צום אפדערנאכט און צו דער סודע 
געהייצט. אלעמאָל האָט אן אנדער דינסט אהין געכאפּט א קוק, האָט א 
נײַ שײַטל האָלץ אונטערגערוקט, און א קאָל צו מיכאלקען האָט זיך 
שרײַען געלאָזט הערן: 

-- װאָסי? ער איז טויב צי װאָס, מיכאלקע? ס'דאָך קיין טראָפּן וואסער 
ניטאָ, זאָל ער װאָס גיכער ברענגען. 

און גיטעלע און מענאכעם האָבן שוין צו יענער צײַט דאָס אײַנלאדונג- 
צעטל פארענדיקט געהאט. 

גיטעלע האָט זיך פון מידקײַט מיט אן עק פונעם צעבונדענעם קאָפּי 
טיכל דאָס פּאָנעם געפאָכעט, און אלע װײַלע מיט אן אנדער עק דעם 
שווייס פון דער אייבערשטער ליפּ געווישט. 

מענאכעם האָט האלב-פארשלאָפן דעם בלײַשטיפט באם מויל געהאלטן 
און ווען-ניט-ווען נאָר אים באנעצט, אָבער מער האָט ער שוין צו שרײַבן 
נישט געהאט, װײַל אלע נעמען, אף וויפל מע האָט געדענקט, האָבן זיך 
שוין אויסגענומען. 

און לעסאָף, אז מענאכעם האָט זיך מיטן פארטיקן צעטל פון הינטערן 
טיש אופגעהויבן און זיך צו דער טיר גיין געלאָזט, האָט אויך גיטעלע זיך 
אופגעהויבן און אים ארויסבאלייטן געגאנגען, און אזוי, שוין אף דער 
שװועל שטייענדיק, האָט זי זיך, נאָך א מעסופּעקע און מיט איר זיקאָרן 
נישט זיכער, צו מענאכעמען געװוענדט און בא אים א פרעג געטאָן: 

-- הא, װי מיינט ער, מענאכעם? דאכט זיך, קיינעם ניט פארגעסן 
אלעמען פארשריבן? 

-- אלעמען, אלעמען. 


-- איז גי זשע גיך, מענאכעם, פארזאם ניט און פארגעס ניט קיינעם. 
יאָ, און פארגעס אויך ניט קיין ליכט אין די לײַכטער און אין די העסעס 
צו קויפן. 

-- צו קויפן, צו קויפן... גוט, גוט, גיטעלע. 


4 


ס'איז יענעם אָװנט אין עסצימער און אויך אין די שכיינעסדיקע צי- 
מערן, אף וויפל ס'איז דורך דער טיר אָנצוזען, שטארק יאָמטעװדיק- 
ליכטיק. 

אין עסצימער --א ברייטער, װײַס-פארשפּרײטער טיש, אויך א לאנ- 
גער, װאָס דערגרייכט פון וואנט צו וואנט, יענער טיש --פאר כאַשעװע 
און אָנגעזעענע, און אויך אין די דערבײַיקע צימערן טישן, אָבער שין 
פאר װייניקער כאַשעווע. 

פון דער סטעליע אין עסשטוב הענגט אראָפּ א בליצלאָמפּ מיט דרײַ- 
רערנדיקע העסעס, אין די העסעס -- ליכט, און אויך אף די וענט, װאָס 
צװישן פענצטער און פענצטער, -- העסעס, און אויך אין יענע העסעס-- 
ליכט. 

ס'באדינען דעם טיש: 

צוערשט, מענאכעם מיט דער קויטיקלעכער, מעשך-קאָליריקער באָרד, 
מיט די קינדערש-צעטראָגענע און גאָרנישט ניט זעענדיקע אױגן, צע- 
פלויגן און צעפלאָכטן, די קאפּאָטע נישט אף די קנעפּ, און דאָס היטל א 
ביסל העכער, װי ס'דארף זײַן, אפן קאָפּ פארוקט. 

ער קומט אלע װײַלע אן אײַלנדיקער פון קיך א פולער באלייגט און 
קערט זיך אום א ליידיקער, און באלד קומט ער וידער פול און קליגט 
זיך װאָס מער טעלער מיט איין מאָל צו ברענגען-- שוויצט, אײַלט זיך 
און לויפט ווידער אין קיך. 

צוויי -- גיטעלע, װאָס איז הײַנט אין העכסטן יאָמטעװ -- אין שווארץ- 
זײַדנס און אין צירונג. 

איר קלייד בא די פיס ברייט און אין שליארעס, איר קאָפטל --אף דער 
ברוסט פון פאָרנט --אָנגעבופט און מיט האפט באלייגט און אין רוקן 
שמאָל געפאסט, און אין טאליע ווארפט זיך די זוים פון דער קאָפטע 
איבערן רוקן-קישעלע, װי איבער א זאָטל, אריבער. 

זי איז אין די לענגלעכע צװײיגאָרנדיק-בריליאנטענע אוירינגלעך, אין 
גאָלדענע פינגערלעך און אויך מיט א , הערצל" פון גאָלד. 

דאָך זעט זי הײַנט אויס ניט וי אין פריילעכע יאָמטויװים, נאָר וי 
אום ראָשעשאָנע און יאָמקיפּער, װײַל זי איז ניט אין פּאריק הײַנט, נאָר 
ייט א װײַס זײַדן קאָפּטיכל, 

זי שטייט באם טיש, נעמט צו פון מענאכעמס הענט די טעלער, און 
איבער קעפּ און אפן טיש דערלאנגט זײי. יעדעס מאָל, װען אירע הענט 
ווערן פרײַ, טוט זי א פארנעם דאָס זײַדן טיכל הינטער די אויערן און 
אונטן, בא דער גאָמבע, פארציט זי מיט ביידע עקן דעם שלייף בעסער. 


76 


און אָט קומט ווידער מענאכעם, און זי בייגט זיך ווידער איבערן טיש 
איבער, רוקט צו, װאָס נייטיק איז צוצורוקן, רוקט אָפּ, װאָס ניט נייטיק, 
זעט, וועמען מע דארף װאָס דערלאנגען, און אז קיינער זאָל ניט פארטיילט 
ווערן, און אלע זאָלן צופרידן און קאָנטעט זײַן. 

ס'האָבן אויך געהאָלפן באדינען גיטעלעס ביידע טעכטער: יודעס, די 
עלטערע, די שטארק צו מענטשן צוגעלאָזטע, װאָס איז מיטן אויסזען אף 
דער מוטער ענלעך, און מיט די מאנירן און פּאָסטעמקעס --אפן פאָטער, 
זי פילט זיך גוט און ניט געצװוּנגען פארן אוילעם, און, װי מוישע, בייס 
א סימכע, זשמורעט אויך זי די אויגן פון ליכט און פארגעניגן. 

דאן נעכאמקע, די ייַנגערע, א ביסל א שעמעוודיקע און אין זיך גע- 
שלאָסענע, װאָס מיטן װוּקס איז זי אין פאָטער געראָטן, אָבער האלטן 
האלט זי זיך צומערסט לעבן דער מוטער. פילט זיך ניט פרײַ און א ביסל 
געענגט פאר פרעמדע, און יעדעס מאָל, ווען טיש-לײַט וענדן זיך מיט א 
מינדסט װאָרט צו איר, רויטלט זי זיך, פארלירט זיך און ווייסט גלײַך 
ניט װוּהין די הענט און די אויגן אהינטאָן. 

מוישע אליין -- אין שאבעס און אין גארטל -- אױיבנאָן. 

ער הייבט זיך אלע װײַלע אוף פון זײַן אָרט, גיסט אָן אמאָל איינעם, 
און אמאָל א צווייטן, און דער גאנצער נאָענטער טל טיש, אף ויפל 
זײַן קערפּער און זײַן האנט דערגרייכט, זעט ער זיך אָן קיינעמס הילף 
באגיין און יענעם טייל אליין באדינען. 

אין אנדערע צימערן, דאָרט, װוּ אוילעם װייניקער כאַשעװער, באדינען 
אויך װייניקער כאַשעװע: דינסטן, מעשאָרסים, אָרעמע קרויווים און די 
אייניקלעך מוישעס. 

בא יענע טישן --גרופּעסװײַז, און בא די עקן צומיינסט, -- אָרעמעלײַט 
און מעקאבלים. 

זי האלטן די פּענעמער געװענדט צום טיש, און נאָר צו דעם, װאָס 
אפן טיש געפינט זיך, זיי עסן גיך און שטרעקן פלינקע הענט צו די טע- 
לער, װאָס מע דערלאנגט זיי און בעשאס-מײַסע --- אויך צו די בערג ברויט 
און בולקע, װאָס זײַנען אף גרויסע פּאָלומעסקעס און אויך אפן הוילן טיש 
אַנגעוואלגערט. 

אז זיי עסן אָפּ איין מײַכל, ווארטן זיי שוין ברויגעזלעך אפן צווייטן, 
קוקן אָנגעדרודלט, ריידן װייניק, נישט צװוישן זיך און אויך נישט מיט 
די, װאָס דערלאנגען זיי, און די דינסטן און מעשאָרסים קוקן מיט אומ- 
דערעכערעץ און מיט שפּאָט, ויאזוי ,יענע?" אײַלן, ויַאזוי ,מע קאָן 
זיײיערע קישקעס אָן די דנאָעס ניט נאסטארטשען", און זיי דערלאנגען זי 
אָן אָפּשײַ, קערעווען זיך אָפּ און קענען ניט קוקן, וי אָרעמעלײַט כאפּן 
און װי מעקאבלים זײַנען זשעדנע. 

באם טיש אָבער, װאָס אין עסשטוב, -- שטאָט-לײַט און סאָכרים, אָנגע- 
זעענע און באװוסטע, װאָס האלטן זייערע נאָזיפאטשיילעס אין די היג- 
טערשטע קאפּאָטעיקעשענעס פארשטעקט, און ווען זיי נייטיקן זיך אין 
זײי, ווענדן זיי זיך מיט די הענט אף ארונטער --געלאסן, פּאמעלעך און 
אין גרויס בארוטקליט. 


77 


אויך כסידים בא יענעם טיש -- פון איין קלויז מיט מוישען און צו איין 
רעבן מיט אים פאָרנדיקע -- שוין מער טומלדיקע און װייניקער בארוטע, 
און יענע האָבן שוין די פאטשיילעס אין די בוזעמער העכער די גארטלען 
ליגן פארגרייט, און אז זיי דארפן זיי, האָבן זיי זיי אונטער דער האנט 
קעסיידער, שלעפּן זיי ארויס און רוקן זיי ווידער צוריק ארײין, אײַלנדיק 
און מיט א בלינדער האנט-באוועגונג, מעכאניש. 


8 + + 


אין עסצימער און אין די דערבײַיקע צימערן -- ליכטיק און ליארמיק. 

מענאכעם -- פארפּאליעט און אײַלט נאָך אלץ פון שטוב אין קיך און 
פון קיך אין שטוב צו לויפן. דינסטן און מעשאָרסים באגעגענען זיך אין 
מיט וועג,. הין און צוריק אײַלנדיקע, טרעטן זיך אָן אף די פיס און צע- 
בוצקען זיך מיט פּענעמער און מיט טעלער, 

דער אוילעם -- שוין די ערשטע זעט געכאפּט, און שוין נישט די" 
ערשטע קויסעס. 

שפּעטער א ביסל--בא אלע טישן שוין אן אלגעמיינער גערייד און 
גערודער, און אין שטוב-טומל הערן זיך שוין אויך אייניקע אפילע שרײַען. 

פלעשער גייען פון האנט צו האנט. אייניקע שטייען אוף פון די ער- 
טער, גיסן אָן און דערלאנגען צו די װײַט-יזיצנדיקע. הענט מיט גלעזער 
און גלעזלעך שטרעקן זיך צו די דערלאנגער און אָנגיסער, און דער, װאָס 
שטייט און גיסט, באפרידיקט: גיסט אָן און גיסט איבער. 

גאנצע טישן ריידן שוין מיטאמאָל, אף א קאָל און איניינעם. אייניקע 
פון איין עק טיש שרײַען צו אנדערע, װאָס אין אנדערן עק, און אלעמאָל 
הייבט זיך שוין אוף א האלב-שיקערער, מאכט עפּעס מיט די הענט, רופט 
און דערופט זיך ניט, און זעצט זיך א ניט-אויסגעהערטער און װי מיט 
שמייכלענדיקער מעכילע צוריק אוועק. 

ס'הייבט זיך אוף באלד איינער מיט טאנצנדיקע הענט און פיס פון 
הינטערן טיש ארויס, און, ארויסגייענדיק, שלעפּט ער א צוייטן, דער 
צווייטער ---א דריטן, און הענט פאר הענט אלץ מער און מער נעמען זיך 
אָן, ביז א האלבער טיש שטייט שוין אוף, און אינמיטן שטוב שון 
טאנצט ער, 

נאָכן ערשטן האלבן טיש רוקט זיך ארויס דער צוייטער, און באלד 
זײַנען אלע ערטער באם טיש שוין פרײַע און די פריער ליידיקע מיט פון 
שטוב שוין מיט מענטשן פארנומען. 

ס'קומען צום טאנץ צוערשט די מער רירעוודיקע, ייַנגערע און אָנגע- 
טרונקענערע, דערנאָך אויך די עלטערע, געלאסענערע און נאָך ניכטערע. 
די גאָר אלטע קומען אליין צו צו די שוין טאנצנדיקע, פּאמעלעך, נישט 
זאָגנדיק, צענעמען די הענט בא א פּאָר טענצער און שטעלן זיך צװישן 
די צוויי טאנצנדיקע א שטילער, א דריטער ארײַן. 

כסידים האלטן זיך איינס: איינער באם אנדערן, איינעמס קאָפּ צום 
אנדערנס אקסל, אָדער אייניקע מיט הענט אין אנדערנס רוקן-גארטל. 


5 78 





סאָכרים באלעבאטים -- אָפּגעזונדערטער, שטיל און בענימעס: האלטן קעפּ 
צו דער ערד אראָפּגעלאָזט, גײיען שווערלעך, און א פוס, זעט מען, אין 
זי ניט איבעריק גרינג צו שטעלן, 

די ראָד שוין א גרויסע, מעשאָרסים און שטוב-אייגענע האָבן שוין די 
בענק און די טישן צו די ווענט אָפּנערוקט, קעדיי מער פּלאץ פאר די 
טענצער צו מאכן, און דאָס אָרט איזן געמאכט. 

אלע טאנצן. אויך מוישע אליין אין דער מיט. אליין נאָר די שטוב- 
מענטשן זײַנען אויסער דער ראָד: גיטעלע מיט אירע אייניקלעך און טעכ- 
טער, קרויווים, אויך דינסטן און מעשאָרסים קוקן פונװײַטן, פרייען זיך, 
און דינסטן און מעשאָרסים שטורכען זיך איינס דאָס צווייטע, ווינקען זיך 
איבער וועגן די מעקאבלים און שלעפּער, װאָס אויך זיי זײַנען אין טאנץ 
ארײַנגעצויגן, אָבער װאָס טאנצן פארשעמט, איבעריקע און נישט גערן 

נאָכן ערשטן טאנץ -- װוידער באם טיש. און נאָכן ערשטן טרינקען-- 
איצט ווידער זיך גענומען טרינקען, און נאָך מיט מער שטארקײַט, מיט 
מער היץ און מער פארפּאליעטן העפקער: נײַע בוטלעס באם טיש װײַזן 
זיך, אלטער, פון לאנג אויסגעשטאנענער װײַן װוערט פון קעלער ארופגע- 
בראכט. מוישע גיסט אָן די לעבן-אים-זיצנדיקע, און די װײַטער-זיצנדיקע 
גיסן זיך אליין אָן. 

אלע מײַלער אָפן, אלע הענט שטרעקן זיך און פּלאַנטערן זיך, איבער 
די טישן הערשן געשרייען, און פיל צװישן די אלע געשרייען צו מוישען 
ווענדן זיך: 

-- לעכאים, רעב מוישע, -- שרײַען סאָכרים באלעבאטים, ווענדנדיק 
זיך 0 איִם, כאָטש שוין באטרונקענע, נאָר מיט אָפּשײַ און מיטן ,רעב"- 
טיטל. 

-- לעכאים, מוישע, -- ווענדן זיך כסידים, די, װאָס פאָרן מיט אים צו 
איין רעבן, היימישלעך, וי ברידער צו ברידער, װי צו א זייער גלײַכן 
און שוין אָן שום טיטל. 

און אייניקע, שטארק היימישע, דערמאָנען זיך אויך אין דער נאָענט 
שטייענדיקער גיטעלען, דערזען זי, גיסן איר אָן, הייסן איר טרינקען, און 
אויך צו איר טוען זיי שרײַען: 

-- לעכאיַם, גיטעלע... איז געדענק זשע, װאָס מע האָט אָפּנעמאכט: אז 
דו מיט דײַן מוישען, מיר מיט קלאלײיַסראָעל זאָלן מיר מאָשיעכן דער- 
לעבן. געדענק, איז אָפּנעמאכט! 

-- לעכאים, -- שרײַען צו איר אנדערע, --- ייִדן ווינטשעווען, אז דאָס 
;אָרט? זאָל זיך אף אים ניט דערווארטן. 

-- און די מאלבושים, -- כאפּן אנדערע אויס און פאלן ארײַן אין די 
שש בגאָדים, מיינען מיר, זאָלן דאָ, טאקע דאָ, אין שטוב בא דיר 
פוילן... 

און זיי קלאפּן אפן טיש און שטרײַכן אונטער דעם ,דאָ", קלאפן 
נאָכאמאָל און נאָכאמאָל, גלײַך מע פארשטייט ניט, און גלײַך מיט די 
פּריַערדיקע מאָלן , דאָ? זײַנען זי ניט יויצע. 

גיטעלע טרינקט צופרידן, װאָס אזויפיל ייִדן ווינטשעװװען איר, און 


9 


איבעראשט פון אזויפיל אויגן, הענט, געשרייען און טומל, װאָס רינגלען 
זי ארום, טוט זי א זופּ אן איבעריקן, א נישט-פאָרזיכטיקן און נישט וועד- 
ליק פאר איר שלונג, און זי װערט בלאס, פארשעמטלעך, קוקט אף איר 
מוישען עטװאָס פארשולדיקט, אָבער צוזאמען מיט דער שולדיקײַט, קומט 
איר װי א ווארעמקײַט און א זיס שיקערל אין די קני, און זי פילט, אז 
ווען מע װאָלט איצט געטאנצט, װאָלט זי איר קני-ווארעמקײַט צוזאמען 
מיט אלע איצט אין טאנץ אויסגעבראכט. 

און טאקע: שפּעטער א ביסל, ווען דער אוילעם איז װוידער באם טאנץ, 
טיש וידער לײידיק און די מיט שטוב פול, אזוי באמערקט ניט קיינער, 
װי גיטעלע האָט זיך פּלוצעם עפּעס פון צװישן אוילעם ארויסגערוקט, 
פארשווונדן, און א קליין ביסל זיך געזאמט... זי איז צו זיך און אין איר 
מאנס אלקער אװעק, צום שופלאָד-צו, און פון דאָרט עפּעס א פּעקעלע 
ארויסגענומען... און וידער האָט דער אוילעם נישט באמערקט, וי פּלוצעם 
האָט זיך אין דער טאנצנדיקער ראָד, אין מיט, גיטעלע באוויזן: אין דער 
רעכטער האנט א פּעקעלע, און מיט דער לינקער האָט זי איר לאנג קלייד 
עטװאָס העכער אירע שׂיך אופגעהויבן... 

זי האָט געטאנצט פארטראָגן און װי א פרעמדער קויעך װאָלט זי גע- 
פירט, זי האָט נישט באמערקט, אז אייניקע, דערזעענדיק זי און פאר- 
שטייענדיק, װאָס זי טראָגט אין דער האנט, האָבן זיך אינמיטן טאנץ 
אָפּגעשטעלט, און אז די קינדער אירע, דערזעענדיק דאָס זעלבע, האָבן 
,מאמע!? געװאָלט אױיסשרײַען און נישט באוויזן, מוישע --,, גיטעלע?, און 
אויך ער האָט זיך אָפּגעהאלטן, און אז אלטע און שטרענגע לײַט, געוויסע 
דין- און מינהעג-ווייסער האָבן שוין געבורטשעט, און האָבן דאָס װאָרט 
,כילעל? און ,, ס'איז נישט רעכט" אף זייערע ליפּן געהאט -- זי האָט דאָס 
אלץ נישט באמערקט. 

זי האָט װאָס װײַטער, אלץ קרעפטיקער די האנט מיטן פּעקעלע אויס- 
געשטרעקט געהאלטן, און דאָס קלייד מיט די פּאַר פינגער, וי פריער-- 
לײַכט און פרוייַש צוגעהאלטן. און אזוי טאנצנדיק און אין מיט ראָד שוין 
זײַענדיק, האָט זי אירע קינדערס שרעק עטװאָס בארויַקט און איר מאנס 
מוירע אָפּגעהאלטן און אפילע בא די שטרענגע דין- און מינהעג-ווייסער 
דאָס בארויגעזע מורמל-װאָרט גערויבט. 

איר פארטראָגנקײַט האָט ניט לאנג געדויערט: איר בליק איז װאָס 
װײַטער, אלץ מער היימישער און שטוביקער געװאָרן, און באלד האָט זי 
פון צװוישן גרויסן אוילעם מיט איר מאנס אויגן זיך באגעגנט און מיט 
א שמייכל און מיט א צװאָג, װוי--,נישקאַשע?"--א זאָג געטאָן; ,ניש- 
קאָשע, מיטן קויעך פון סימכע און מיטן גלייבן אין סימכע װעלן אונדז 
אלע געפארן פארבײַ און אלע גזארן באָטל אומעװוּטל װערן? 

און גיטעלע האָט װײַטער געטאנצט. זי איז שוין א ביסל מיד געווען. 
זי האָט דערום דאָס פּעקעלע פון דער רעכטער האנט אין דער לינקער 
איבערגענומען, און מיט דער רעכטער, װי פריער מיט דער לינקער, דאָס 
קלייד עטװאָס פון אירע פיס און שיך צום טאנץ אופגעהויבן. 

און אז זי איז שוין גאָר מיד געװאָרן, האָט זי מיט די אויגן ארום 


5- 9 80 


זיך און פון דער ראָדל װי הילף און שטיצע געזוכט, און מיטאמאָל, די 
קינדער אירע דערזעענדיק, האָט אויסגעשריען; 

-- קינדער, טעכטער מײַנע... 

און די טעכטער האָבן פארשטאנען. און באלד האָט שוין גיטעלע אירע 
צוויי טעכטער, יודעסן און נעכאמקען, איר אנטקעגנגייענדיק און פאר 
איִר פּאָנעם טאנצנדיק, געהאט... דערנאָך האָבן זיי זיך צו אירע ביידע 
זײַטן געשטעלט, און אלע דרײַ שוין אין איין שורע: יודעס, די עלטערע, 
האָט טאנצנדיק, מיט די אויגן דעם פאָטער געזוכט, און נעכאמקעס אויגן -- 
צו דער מוטערס פיס געווענדט. 

און אָט, און װוי דער גאנצער אוילעם איז דעמלט פארכאפּט געוען 
מיט קוקן אף זיי, אזוי האָט קיינער ניט באמערקט, און פון גרויס פאר- 
כאפּטקײַט איז צו קיינעמס אוער ניט דערגאנגען, וי צום טויער, װאָס 
פארן הויף, איז דעמלט א בויד צוגעפאָרן און זיך אָפּגעשטעלט. לעצטער 
גלעקער-געקלאנג איז, באם אָפּשטעלן זיך פון דער בויד, אנשוויגן גע- 
װאָרן. פון דער בויד איז אראָפּגעקראָכן איינער א מענטש, װאָס איז גע- 
זעסן אױבנאָן. און צוזאמען מיט אים -- דער באלעגאָלע מיט געפּעק אין 
האנט. און ביידע האָבן זיך צו דער פאָרטקע פון מוישעס הויף געלאָזט. 

,קייטלזייגער? איז פון זײַן הינטישער בודקע ארויס און געװאָלט 
אָנפאלן און זיך צעהאווקען, אָבער --באם װעלן געבליבן. ער האָט זיך 
דערום נאָר א פּאָר מאָל ארום זיך אליין, ארום זײַן אייגענעם קערפּער, 
ארומגעדרייט און צוריק אין בודקע, א נישט-האווקענדיקער, ארײַן. 

און די צוויי, דער פּאסאזשיר מיטן באלעגאָלע, זײַנען אין הויף געקומען. 

דער פּאסאזשיר האָט זיך שטארק פארכידעשט, װאָס אינמיטן װאָך, אין 
א געוויינלעכן טאָג, האָט ער פון דער שטוב א גרויסע שײַן ארויסשײַנען 
דערזען, און צוזאמען מיט דער שײַן האָט ער אין שטוב װי א סאך מענטשן 
אויך דערפילט... אין שטוב אָבער איז שטיל געווען. 

ער איז אין הויף בא דער זײַט פון די שטוב-יפענצטער געגאנגען, ביז 
ער איז ארוף אף די טרעפּ פונעם הינטערשטן שטוב-ארײַנגאנג, די טיר 
געעפנט, און דעם לענגלעכן קאָרידאָר, װוּ די שראגע מיט די מאלבושים 
האָט זיך געפונען, דורכגעגאנגען, און האָט זיך לעסאָף אף דער שװעל פון 
דער גרויסער עסשטוב געטראָפן. 

פון דרויסנדיקן פינצטער געקומען און פון שטוב-ליכט און גרויסן אוי- 
לעם פארבלענדט, איז ער א װײַלע אף זײַן אָרט געבליבן, -- ער, א הויכער 
און שטאָלצער, אין א זומערדיקן וועג-מאנטל מיט א קאפּטער, און באָרד 
און ברעמען א ביסל פארשטויבטלעך. ער האָט געקוקט, און װי א שמייכל 
און כידעש אין זײַנע אויגן, און דער שמייכל האָט באטײַט: מ'באמערקט 
נישט... נישקאָשע, מע װעט באלד באמערקן... 

און טאקע: װי גיטעלע מיט ביידע טעכטער בא די ביידע זײַטן האָט 
אזוי געהאלטן אינמיטן טאנץ, אזוי האָט זי פּלוצעם אופגעהויבן די אויגן 
צו דער טיר, װוּהין זי איז גראָד מיטן פּאָנעם איצט געװוענדט געווען, און 
מיטאמאָל האָט זי עפּעס דאָרט דערזען... 

זי האָט טכילעס אירע אויגן ניט געגלייבט, געמיינט -- אן אױיסװײַזע- 


81 


ניש, װײַל -- אומגעריכט, און פריִער א רעגע האָט זי דאָרט, אפן זעלבן 
אָרט, נישט באמערקט נאָך גאָרנישט, אָבער װאָס לענגער זי האָט זיך 
אײַנגעקוקט, אלץ מער האָט זי זיך איבערצײַגט אין געזעענעם.. זי האָט 
זיך א ריס געטאָן, און מיטאמאָל, לאָזנדיק די ביידע טעכטער אליין און 
דאָס אָרט צװוישן ביידע -- א ליידיקס, איז זי פון ראָד ארויס, צו דער טיר 
און צו דער שװועל צו, און װי נישט מיט איר קאָל אױסגעשריַען 

-- לוזי... 

זי האָט אויסגעזען װי א קינד, װאָס האָט א ליבן גאסט אָדער אן איי- 
גענעם פאָטער דערזען, זי האָט זיך א העפטיקן לאָז געטאָן און װוי געװאָלט 
צום גאסטס ברוסט צופאלן. זי האָט זיך אָבער אין איר און אויך אין זײַן 
עלטער דערמאָנט -- און זיך אָפּגעהאלטן. 

אָבער א גליקלעכע, און װוידער װי א קינד, װאָס אין סאמע רעכטער 
סאקאַנע װאָלט דעם אומגעריכט א הילף פון ערגעץ געקומען, א רעטער, 
װאָס דער שליסל פון אלער הילף איז בא אים אין דער האנט, -- א גליק- 
לעכע, װאָס צו אלע ביזהעריקע װוּנטשן װעט איר איצט דער העכסטער 
װוּנטש פונעם העכסט-געגארטן געגעבן װערן, -- האָט זי דאָס פּעקעלע, װאָס - 
אין האנט בא איר, צו לוזיס אויגן אופגעהויבן, דאָס אים א װײַז געטאָן און 
נאָכאמאָל אויסגעשריען: 

-- לוזי!., 

-- װאָס איז, גיטעלע, װאָס געשעט און װאָס קומט דאָ פאָר? 

-- א סודע און א סימכע איצט דאָ, לוזי, און איך לאָז דיך אין שטוב 
ניט ארײַן, פון שוועל ניט אראָפּ, ביז דו װועסט מיר דאָ אפן אָרט מוישען 
נישט צוּווינטשעווען. 

-- װאָס ווינטשעווען? 

-- אריכעס-יאָמים, לוזי, און אָט זע, -- און דאָ האָט זי אים פאר די 
אויגן נאָכאמאָל דאָס פּעקעלע באוויזן, -- אָט דאָ זײַנען די ,, בגאָדים? מוי- 
שעס, װאָס ער האָט זיך שוין אין וועג פארגרייט. 

-- װאָס רעדסטו, קינד!? אריכעס-יאָמים? אוואדע אריכעס-יאָמים! אווא- 
דע ווינטשעווען. 

אָט דעמלט, בייס אף דער שטוב-שוועל איז צװישן גיטעלען און לוזין 
פאָרגעקומען אָט די באגעגעניש, זײַנען שוין אלע שטוב-לײַט, מיט מוישען 
בעראָש, צו צו דער טיר. ביידע ברידער האָבן זיך געקושט, און די קינדער 
האָבן דעם פעטער דעם וועגימאנטל אױסטאָן געהאָלפן, און אויך פונעם 
באלעגאָלע, װאָס אין די גאנצע צײַט געשטאנען הינטערן גאסטס פּלײ- 
צעס, דאָס געפּעק צוגענומען. באלד האָט אויך מוישע דעם גאסט אין א בא- 
זונדערן, טאָמיד פאר אים פארגרייטן, צימער אָפּגעפירט. אהין האָט מען 
אים וואסער אף זיך ארומוואשן געבראכט. ער האָט אויך דאָרט די קאפּאָטע 
פון װועג איבערגעביטן אף אן אנדערער און צו דער סודע פּאסנדיקער, 
און אין א װײַלע ארום איז ער שוין צוריק אין עסצימער געקומען צום 
זיך פרייענדיקן אוילעם און צו די שטוב-לײַט, װאָס האָבן אף אים געווארט. 

אן אָרט האָט מען אים אָפּגעגעבן אױבנאָן, לעבן מוישען. מעשאָרסים 
האָבן געײַלט, און דינסטן האָבן באדינט, און גיטעלע מיט די קינדער זײַנען 


82 


בא דער זײַט און הינטער זײַן בענקל געשטאנען -- אויך אף באדינען און 
אף װאָס נייטיק ס'וועט זײַן צו דערלאנגען. 

לוזי האָט פון אופגעגעבענעם געגעסן, און בייסן עסן מיט די געציילטע, 
װאָס זײַנען נאָענט צו מוישען געזעסן, געציילטע װערטער נאָר גערעדט. 
דאָס זעלבע מיטן ברודער, מיט מוישען אליין, דאָס זעלבע אויך מיט די 
שטוב-לײַט, כאָטש ער איז, צו זען, אופגעלייגט געווען זייער און די סודע- 
ארומרינגלונג איז אים ניכע געווען. 

און שפּעטער, אז די סודע האָט זיך נאָכאמאָל צעפלאקערט, אז דער 
אוילעם האָט פארגעסן אין גאסט, װאָס ער האָט אים פריִער דאָס עסן און 
טרינקען איבערגעשלאָגן, און װידער האָט מען זיך -- וװוער צום שמועסן, 
ער צום ליארמען, װער צום טרינקען און ער צו אלע איניינעם -- גע- 
נומען, און דער פריַערדיקער טומל האָט זיך װוידער אײַנגעשטעלט, און 
נאָך מער, וי פריַער, זיך געשטארקט, -- איז מען ווידער וי צום פריַער- 
איבערגעריסענעם טאנץ ארויס. 

און דאָס מאָל האָט שוין אויך דער פעטער לוזי מיטגעטאנצט. א נײַער 
פרישער מענטש איז צוגעקומען, און פון אים האָבן איצט װי אלע אויגן 
געמאָנט, און ער איז אין טאנץ, כאָטש מיט אלע צוזאמען, דאָך װוי זײַן בא- 
זונדער גאנג זיך געגאנגען, מיט האלב-געשלאָסענע אויגן, א שטארק-פאר- 
טיפטער, אן אויסגענומענער, אן אויסגעטיילטער, וי מיט הויכער קאװאָנע 
און סימכע, און אין די באוועגונגען אי רײַך אי שפּאָרעװדיק אופגעהאלטן. 

און נאָך שפּעטער, ווען דער אוילעם איז שוין אינגאנצן באטרונקען 
געװוען: װער ס'איז שוין שלעפעריק באם טיש א געשטילטער און אן אויס- 
געשעפּטער געזעסן, װער זיצנדיק געדרעמלט און דעם קאָפּ אפן טיש אָנ- 
געשפּארט, און װוער, פארקערט, פון שיקרעס א מער צערויטלטער און 
צעהוליעטער; איינער האָט מײַסים אָנגעטאָן, זיך געטשעפּעט און זיך טא- 
רומעסן געזוכט, אן אנדערער האָט אלטע מאכלויקעסן זיך דערמאַנט און 
אין געשלעג געקראָכן, װער ס'האָט דעם באלעבאָס און דער באלעבאָסטע 
גראָבקײַטן געזאָגט, און װער װעמען אלטע כאטאָיִם אױסגעװאָרפ;-- 

אָט דעמלט האָבן זיך, פון ראש און טומל ניט באמערקט פון קיינעם, 
די ביידע ברידער, מוישע און דער פעטער לוזי, פון גרויסן אוילעם ארויס- 
גערוקט, און זײַנען געקומען אין דער װײַטער זאל, דער שטילער, װאָס 
די סימכע האָט אהין ניט דערגרייכט, און װאָס זעלטן זײַנען דאָרט געסט 
אופגענומען געװאָרן. 

ס'האָט דאָרט געברענט איינער נאָר א לאָמפּ, פון דער סטעליע אן 
אראָפּהענגענדיקער. אפן דיל זײַנען אין אלע פיר זײַטן, אין קוואדראט, 
סטעזשקעס אױסגעשפּרײט געלעגן, אין אלע פיר ווינקלען פון זאל -- 
גרויסע פיקוס-וואזאָנעס, אָלעאנדרעס מיט גראָבע און שמאָלילענגלעכע 
בלעטער און בלעטלעך אין גרויסע ערדידייזשקעס געשטאנען. א רו פון 
געװוויקס האָט פון זיי געטראָגן, א רו פון באנאכט, ווען געװויקסן שװײַגן, 
א רו אויך פון די סטעזשקעס אין קוואדראט-אױיסגעשפּרײטע, און אויך פון 
ווייכן פּריצישן מעבל -- פון האלב-נידעריקע שטולן מיט טשעכאָלן איבער- 
געצויגן, און אויך פון א שווער-געבעטער סאָפע אין א טשעכאָל. 


3 


אֹהי? האָבן זיך ביידע ברידער, וי אָפּגערעדט, נישט-אָפּנערעדט, פונעם 
גרויסן אוילעם דערװײַטערט, און װוי אומגערן און אומיסטן פארבלאָנד- 
זשעט, 

קיינער האָט זייער פעלן אין שטוב נישט באמערקט. קיינעם זײַנען זי 
שוין נישט אָנגעגאנגען. אליין נאָר גיטעלע מיט די אייניקלעך, וועלכע 
האָבן די גאנצע צײַט, פון זינט דער פעטער לוזי איז געקומען, אים פון 
אויג נישט ארוסגעלאָזט, האָבן איצט, פּלוצעם אים נישט דערזעענדיק 
צוישן אוילעם, און אויך מוישען -- נישט, -- האָבן זיי זיך זוכן אוועקגע- 
לאָזט, פון צימער צו צימער, ביז זיי זײַנען צו דער שװועל פון זאל געקו- 
מען, און קומענדיק, און אף דער שװועל בלײַבנדיק, און זעענדיק יענע ביידע 
אין זאל שפּאצירן און צװישן זיך א שטילן שמועס פירן, האָבן זיי זיך 
פארהאלטן, פון אָפּשײַ און דערעכערעץ די שװעל נישט אריבערגעטראָטן, 
און װי פון צוויי ליכט, אומגייענדיקע, פונװײַטן זייערע אויגן געשפּײַזט. 

צװישן די ברידער איז א קורצער שמועס, נאָר אן איבערכאפּנדיקער, 
דעמלט פאָרגעקומען. 

צװישן אנדערן האָט מוישע בא לוזין אויך א פרעג געטאָן: 

-- איז, הייסט עס, קומט ער איצט פון דאָרט, װי ער האָט אין בריוו 
געשריבן? 

-- יאָ, -- האָט לוזי געענטפערט. 

-- און ער האָט טאקע, -- האָט מוישע װײַטער געװאָלט וויסן, -- בא- 
שלאָסן. און ער בלײַבט טאקע א זײיעריקער? 

-- יאָ, -- האָט װײַטער לוזי געענטפערט. 

-- מוז ער אים זאָגן, לוזין, אז ער װאָלט זיך עס קיינמאָל ניט געגלייבט, 
און ס'איז לא עלתה על דעתו:. 

-- אזוי קרום זעט עס אים אויס? 

-- ניין, כ'זאָג ניט, כ'זאָג נאָר, אז די גאנצע וועלט גייט ניט אין יענע 
דראָכים, אונדזער הײיליקער טאטע איז ניט געגאנגען, און אויך אף דיר 
איז מיר א ווילדער כידעש. 

-- אזוי קרום דאכט זיך דיר דער דערעך? 

-- כ'ווייס ניט. כ'האָב קיינמאָל ניט געטראכט פון אים, אָבער ס'איז 
ווילד און פריקרע. 

-- איז טראכט זשע יאָ, ברודעריסערדצע, און דערװײַל לאָמיר דאָס 
לאָזן. כ'בין זייער מיד פון וועג. אן אנדערשמאָל, 

און דערבײַ האָט זיך דער שמועס פארענדיקט. זיי האָבן זיך פון זאל 
ארויסגיין געלאָזט, און די אייגענע -- גיטעלע, מוישעס װײַב, און די איי- 
ניקלעך, -- װאָס זײַנען שטילע אף דער שװועל געשטאנען און אף זיי װי 
געווארט, האָבן אף מוישעס פּאָנעם, באם ארויסגיין פון זאל, א קלין 
װאָלקנדל אָנגערוקט דערזען: זײַנע אויגן טרויעריקלעך און אָפן, נישט װי 
זיי זײַנען געװווינט געווען זיי צו זען בייס א סימכע -- פון פארגעניגן 
פארזשמורעט, 


: נישט ארוף אפן זינען. 


84 


5 


אין א פּאָר טעג ארום נאָכן אויבן דערמאָנטן איז אין איינעם א פארי 
נאכט מיכאלקע מיטן שליסל פון סאָד, װאָס האָט זיך שטענדיק בא אים גע- 
פונען, שקראבענדיק און מיטן אלטלעך-געבראָכענעם גאנג צו דער סאָד- 
פּאָרטקע צוגעקומען. 

װי באשטענדיק, װען ער דארף עפּעס אן ארבעט טאָן, האָט ער אויך 
איצט גערעדט צו זיך אליין און אױיװערבאָטעליש געבורטשעט. ער האָט 
זיך לאנג באם שלעסל געפּאָרעט, אין שלעסל-לאָך נישט ארײַנטרעפנדיק, 
און לעסאָף דאָס אופגעשלאָסן און װי פאר עמעצן, ברייט און א ווארע 
מאכנדיק, די פאָרטקע אופגעעפנט. 

דאָס איז א סימען געווען, אז באלד װועט עמעצער פון די באלעבאטים -- 
אַדער גיטעלע, אָדער אליין מוישע -- מיט איינעם א גאסט, אָדער מיט 
עטלעכע, -- אין סאָד קומען, און אף א נעגידיש-ברייטן אויפן אין פארנאכט 
אף פרישער לופט פארברענגען. 

און טאקע: 

באלד האָט זיך פון דער פּאראד-טיר, װאָס קוקט פון א הויכלעכן פּידמו- 
רעק דורכן הויף אין גאס אריבער, פונעם גלעזערנעם קאָרידאָר ארויס, 
פּריַער מוישע, נאָך אים זײַן ברודער לוזי, זיך באוויזן. 

זי זײַנען פון די טרעפּ אראָפּ, האָבן פון שטוב-פרונט אין הויף פארקע- 
רעוועט, פארבײַ דער עסשטוב און דעם הינטערשטן ארײַנגאנג פארבײ, און 
צום סאָד געקומען. 

מוישע האָט, פון פּאראד-טיר ארויסקומענדיק, אויסגעזען רויט, פאר- 
שוויצט און עפּעס װי מעװוּלבל, און לוזי -- רויַק, מיט אן אופגעהויבענעם 
קאָפּ, פארגעניגט און אופגעלייגט. מוישע -- װי פון א שטרײַט ארויס, און 
ערעוו א פארשפּילטן שטרײַט, און לוזי --א זיגער און מיט א בליק א 
רויַק-שפּילערישן. 

דאָס האָבן די ברידער איצט פאָרגעזעצט דעם שמועס פון יענער נאכט, 
ווען די סודע איז פאָרגעקומען, פון דעמלט, ווען זיי האָבן זיך נאָר געהאט 
צוגערירט צו אים, און איבער דעם, װאָס איינער פון די ברידער -- לוזי -- 
איז געווען מיד פון וועג, האָט אים דער צווייטער -- מוישע -- געשאנע- 
וװועט, דעם שמועס איבערגעריסן און אף אן אנדערשמאָל געלאָזט. 

געלאָזט. אין דער צװישן-צײַט אָבער האָט, װער ס'האָט געקאַנט בא- 
מערקן, באמערקט, אז מוישע איז וי אן אומגעדולדיקער ארומגעגאנגען, 
אן אופגערעגטער און א היפּשע מאָס צעשטרײטקײַט ארויסבאוויזן. קינדער 
און שטוב-אייגענע האָבן באמערקט, אז די פּאָר טעג האָט מוישע, נישט 
וי זײַן שטייגער, אין באלעבאטישקײַט זיך עפּעס איבעריקס געמישט און 
צופיל ארום שטוב-זאכן זיך געדרייט. קינדער האָבן באמערקט, וי מוישע 
גייט אלעמאָל צו צום טיש, רוקט ארויס א בענקל אף זיך זעצן, האָט עפּעס 
כאראָטע, רוקט עס צוריק הינטערן טיש ארונטער, און באלד װוידער כא- 
ראָטע, און נעמט דאָס בענקל ווידער אפיר. 

דאָס -- די קינדער. גיטעלע אָבער, װאָס אמנאָענטסטן צו אים, האָט 


89 


נאָך באמערקט, וי אָפט עס ציטערט אים די אונטערשטע ליפּ, און קעדלי 
נישט צו געבן אנדערע דאָס צו באמערקן, האלט ער צו די אונטערשטע 
מיט דער אייבערשטער און בלײַבט מיט א צוגעמאכט מויל א װײַלע. 

-- װאָס איז דיר, מוישע? -- האָט זי איינמאָל בא אים געפּרוּװוט א פרעג 
טאָן. 

-- גאָרניט, גאָרניט, -- האָט ער איר, וי נישט װוילנדיק, אָפּגעענטפערט, 
זי אָפּגעשטױסן. 

גיטעלע אָבער האָט גלײַך דערקענט, אז די סיבע פון איר מאנס צע- 
שטרײיטקײַט די לעצטע טעג נאָך לוזיס אָנקומען איז ניט קיין אנדערע, 
נאָר אליין טאקע לוזי. 

װײַל גלײַך נאָך לוזיס קומען האָט זי (און נישט נאָר זי) אין לוזין א 
שינוּי דערזען: נישט װי אלעמאָל קיין פארטראכט-שװײַגנדיקער און גע- 
שלאָסענער, נאָר דאָס מאָל װי צעעפנט און װוי עפּעס א נײַע הויט אף אים; 
נישט, װי פריַער באשטענדיק, ווען ער פלעגט מיט די אויגן איבער זאכן 
אריבערקוקן און אין כאָלעל און אין דער לופט עפּעס זוכן. ניין. איצט -- 
וי געפונען, און גליקלעך פון געפונענעם, האָט ער אלעמען גלײַך אין די 
אויגן געקוקט, צוגעלאָזט, און אָפּט מיט די שטוב-לײַט, מיט מאנצבלען, װי 
מיט פרויען, מיט גרויסע, װוי מיט קינדער, א שמועס פארפירט, גערעדט און 
זיך געלאָזט ריידן. 

-- לוזי... -- האָט דערום גיטעלע די געלעגנהײַט אויסגענוצט -- לוזיס 
צוגעלאָזטקײַט -- און זיך איינמאָל געווענדט צו אים. 

ס'איז געװען באם עסן, בייס זי האָט אים באם טיש באדינט און 
זי האָט די צײַט פאר א שאס-האקוישער געהאלטן. 

-- לוזי.., 

-- װאָס איז, גיטעלע? 

-- זײַ מיר מויכל, לוזי, און האָב קיין פאריבל ניט: אין אײַערע מאנצבל- 
שע זאכן מיש איך זיך ניט, װײַל כ'פארשטיי ניט, אָבער מוישע זאָגט.. 
עפּעס זאָגט מוישע... 

-- אז װאָס? 

-- אז עפּעס א נײַער דערעך בא דיר. 

לוזי האָט, קוקנדיק אף איר, געשמייכלט. 

-- איז װאָס, אז א נײַער? איז דאָך גוט, גיטעלע, אויב א נײַער? 

-- יאָ, אָבער מוישע... 

-- איז פארלאָז זיך שוין אף מיר און אף מוישען, -- האָט ער איר אָפּ- 
געענטפערט און מיט שפּאסיקן גוטמוט איר די רייד איבערגעריסן. 

און מוישע אליין האָט עטלעכע טעג אויסגעווארט. ער איז צעשטרייט 
געווען און איבעריק ארום די שטוב-זאכן זיך געדרייט. און איצט האָט ער 
די צײַט אָפּגעציפערט, ווען ער איז אליין פארנאכט מיטן ברודער אין ברו- 
דערס צימער געבליבן, איצט האָט ער שוין נישט געזאמט און איז גלײַך 
צום איניען מיט אן אופגערודערטן טאָן און מינע צוגעטראָטן; 

-- ער פארשטייט נישט און הייבט ניט אָן צו פארשטיין, אז בעסא- 
כאקל, װער זײַנען , זיי?? װי קומט לוזי גאָר צו , זיי?, און , זיי? -- צַן 


6 


לוזין? ער -- ער, און , זי" -- באלמעלאָכעס-אוואריאָנים!. אזוי אין 8, 
זאָגט מען, און אזוי אויך אומעטום. איז פארװאָס עפּעס בא דער גאנצער 
װעלט דער שעקער, און בא , זיי", גראָד בא , זיי?, דער עמעס? 

לוזי האָט דעם ברודערס אופגערודערטקײַט באמערקט און מיטן זעלבן 
טאָן, װאָס יענער, ניט געװאָלט אים אָפּענטפערן. ער האָט אויסגעזען און 
זיך געפילט, װי א פול-באלאָדענע שיף, װאָס זיצט אין טיפע וואסערן און 
װאָס מעג זיך א זיכערן און רויַקן גאנג פארגינען. ער האָט דערום נאָר 
געזאָגט: 

-- און אז באלמעלאָכעס, איז װאָס? און אז אמעראצים? זײַנען דען, כאַ- 
לילע, אמעראצים קיין ייִדן ניט? ס'איז דאָך נאָר, װאָס זייער דערעך גע- 
פעלט אים ניט, איז זאָל ער ריידן פון זייער דערעך, אָבער ניט פון זיי. 

און דאָ האָט מוישע פאר זיך זײַן קעגנער דערזען, און ער האָט גלײַך 
דערפילט, אז די שפּיל איז פון אָנהייב אָן און פון פאָרויס באשטימט א 
פארשפּילטע. ס'האָט אים באלד װי לופט אויסגעפעלט, די ענגע פיר ווענט 
האָבן אים געװאָרגן, און אין דרויסן, האָט זיך אים געדאכט, װועלן אים 
לײַכטער די געדאנקען אָנקומען, און ער װעט זיך בעסער קעגן זײַן קעגנער 
קענען װערן. ער האָט דערום באלד צו מיכאלקען באפוילן, יענער זאָל די 
סאָד-פאָרטקע עפענען, קעדיי דעם װײַטערדיקן שמועס און וויקועך שוין 
אף דער פרישער לופט פאָרזעצן. 

און אָט -- אז זיי זײַנען ארײַן אין סאָד, האָט מען, בא א זײַט שטייענ- 
דיק, געקענט באמערקן, װי דער פעטער לוזי האָט, אף דער ערשטער סטע- 
זשקע קומענדיק, אלעמאָל דעם קאָפּ פאר אן אנדער בוים מיט אראָפּהענ- 
גענדיקע צװײַגן אָנגעבױגן, און מוישע ניט, װײַל דער פעטער לוזי איז 
העכער פון מוישען. 

דערנאָך האָט מען זיי שוין אף א װײַטערדיקער סטעזשקע, איינס 
לעבן דאָס אנדערע, אומגיין געזען: איינעם א הויכן און שטאלטנעם, דעם 
צווייטן בא זײַן זײַט -- א קלענערן; ביידע אין שווארצע קאפּאָטעס, װי 
מיטן שאבעס אינדערװאָכן, און ביידע האָבן איצט, אין דער לעצטער שקיע- 
שײַן שפּאצירנדיק, אויסגעזען, װי צוויי אלטע קלוגע לײַט אמאָל אין אן 
אלט לאנד, פארנאכט אין א גאָרטן, ווען דער טאָג נידערט אראָפּ, הויכע 
און נאָר זיי אליין באװוּסטע איניאָנים באהאנדלענדיק. 

אז מע האָט זיך אָבער בעסער אײַנגעקוקט, האָט מען באמערקט, אז איי- 
נער -- לוזי -- האָט די גאנצע צײַט רויק די הענט אין די הינטערשטע 
קעשענעס פון דער קאפּאָטע געהאלטן, און דער צווייטער -- מוישע -- בא 
זײַן זײַט און א ביסל פאָרויסגײיענדיק, האָט דעם קאָפּ אלעמאָל צום ברו- 
דער געװוענדט און מיט אומרויקע הענט-באוועגונגען האָט ער וי צום 
ברודערס הױכקײַט געװאָלט ארופדערלאנגען. 

די טריט פונעם העכערן דערבײַ זײַנען געווען געמאָסטן, און יענער, 
דער ברודער, פארלויפט אים פארפריִער דעם וועג, אָבער דער העכערער 
גיט זיך יענעמס לויפיקײַט ניט נאָך, פארקערט -- דער נידעריקער מוז זיך, 


1 אװ אריַאָנים -- העפקער-מענטשן. 


7 


אלעמאָל נאָכן פאָרויסלויפן, צוריק צום העכערנס געמאָסטנקײַט צופּאסן, 
און װוידער צו יענעמס זײַט און גאנג זיך צושטעלן. 

בא מוישען האָבן די אויערן און דאָס פּאָנעם פונעם וויקועך און היץ 
געפלאמט, און די פארנאכטיקע קילע לופט האָט אים ניט אָפּנעקילט, נאָר 
פארקערט, אים מער צעפלאקערט. און לוזי האָט, צוליב פרײַערן און לופ- 
טיקערן דענקען, דאָס היטל העכער און ארוף שטערן ארופגערוקט געהאט. 

און לוזי האָט דעמלט פון פארשיידענע דראָכים, גענג און שיטעס, פון 
פארשיידענע הייליקע גערעדט. פון אייניקע, די מערסט, װאָס ער האָט זיי 
פארגלײַכט מיט א ליכט, װאָס שטייט און ברענט נאָר אף איין אָרט און 
באלויכט ניט מער, וי איר ארום: אויב קליין -- א קליין אָרט, אויב גרויס -- 
א גרעסערס. און אנדערע -- געגליכן צו א גײיענדיקער ליכט, װאָס װוּהין 
זי גייט, לויכט זי און דינט פאר א װעגװײַזער.. אייניקע געגליכן צו א 
טײַך אום זומער, װאָס נאָר די נאָענטע ברעג-ערטער ציִען פון אים די 
שעפע, און אנדערע -- צו א טײַך-אויסגוס אום פרילינג, װאָס װילד-װײַטע 
שעטעכן װוערן פון אים באפרוכפּערט און באגאָסן... 

ער האָט אויך גערעדט פון פארשיידענע ארטן סימכעס: פון א סימכע, 
װאָס דערגייט נאָר ביז דער סטעליע, און פון אן אנדערער, וועלכע הייבט 
ארוף, דערהייבט און לײַטערט, שאפט װוּנדער -- מאכט פון אלט יונג און 
פון דער גראָבסטער זאך -- אזא, װאָס קאָן ביז דער העכסטער הייך ארופ- 
דערלאנגען, 

ער האָט גערעדט און דערוויזן, אז דאָס אלץ איז נישט בא אלע פירער 
פונעם דאָר צו געפינען, נאָר בא אייניקע, אויסגענומענע, און ביכלאל שוין 
נישט בא די פון איצט, נאָר בלויז בא די פריערדיקע, בא די , רישוינים", -- 
און מוישע האָט זיך געװערט, זיך געװאָרפן און אנדערש געװאָלט דער- 
װײַזן. 

לוזי האָט מיט א װוּנדערלעכער מענוכע פון פארשיידענע מאָסן גערעדט. 
פון מאָס פון הייך און נידער, אויך פון שלעכטס און גוטס, און ער האָט 
דערוויזן, אז אין פארשיידענע צײַטן זײַנען פארשיידן אויך די מאָסן, אז 
אין באזונדערע צײַטן זײַנען אפילע די מאָסן פון גוטס און שלעכטס בא- 
זונדערע;: און דערום איז דאָס פון אלעמען אָנגענומענע נישט 
קיין מעכויעװו און קיין מוז פאר אלעמען, אוביפראט פאר אויסגענומענע 
און פאר געציילטע -- פאר אזוינע, װאָס קאָנען איבעראנדערשן די מאָסן 
און װאָס קאָנען נײַע וועגן אופברעכן; און לאָכײן, און דערום, זײַנען אלע 
זײַנע, מוישעס, רײַעס און אָפּפּרעגונגען, װאָס ער פרעגט אים אָפּ און װײַזט 
אים אָן אף די אױיסגעטראָטענע וועגן, קיין אָפּפרעג ניט, װײַל דעד אויס- 
גענומענער האָט רעכט צו זײַן א , יויצע??, האָט רעכט צו שאפן אן אייגע- 
נעם וועג, פריער פאר זיך אליין, װאָס דערנאָך װעט ער, דער ועג, זײַן 
אויך פאר פיל און פאר אלע, -- און מוישע האָט ווידער אָפּגעפרעגט. 

און ווען א פרעמדער װאָלט בייס אָט דעם וויקועך בײַגעװען, װאָלט ער 
געזען, װאָלט זיך אים געדאכט, אז ער זעט א הויכן לייטער פאר זיך, און 
צוויי מענטשן פון זײַנע ביידע זײַטן גייען ארוף אף אים; אָבער ווען איינער 

1 אויסנאם, 


8 


שטײַגט רויַק, נעמט טרעפּ נאָך טרעפּ, און דאָס אײַנגענומענע איז אים 
לײַכט אָנגעקומען, אָן קיינע שװעריקײַטן, פארקערט -- אים נאָך גרינג- 
קײַט אין די פיס געגעבן, -- איז דער צווייטער, פון דער אנדערער זײַט, 
װאָס וויל יענעם נאָכגײן, הינטערשטעליק: האָט מוירע פאר דער הייך, און 
די גאנצע צײַט פון אופגיין איז ער מיט די אויגן צו די פיס פונעם ארופי 
גייער, װאָס פון דער צווייטער זײַט, געבונדן, קוקט אף זײי, לערנט זיך 
שפּאן בא זיי, און די לערע גיט זיך אים ניט אײַן, װײַל יענעמס שטײַגן- 
מאָס איז קיין מאָס פאר אים, און פארן צווייטנס קאָפּ איז די הייך ניט גע- 
פּאַסט, מאכמעס קאָפּשװינדל און מאכמעס מוירע. 

און דער סאָף איז געווען, אז ווען אלע רײַעס און אױיסברײַונגען האָבן 
זיך שוין אויסגענומען בא איינעם, און אז װאָס ער האָט פון אָנגעזאמלטן 
וויסן פארמאָגט, האָט ער שוין אפן טיש אויסגעלייגט, און אליין שוין מיד 
און אוױיסגעשעפּט פון אלע זײַנע אָנשטרענגונגען האָט ער קיין סימען בי- 
נייען נישט אויסגעבויט, -- איז דער צווייטער, פארקערט, שוין װי אף א 
הויכער פעסטונג, פּאמעלעך און זיכער אן אויסגעבויטער, געשטאנען, און 
געקוקט אף זײַן קעגנער, װי אף א קינד, װאָס גייט קעגן א גרויסן מיט 
קינדערש-נישטיקע מאָסמיטלען צו קעמפן. 

און דער סאָף איז געווען, אז נאָך דעם, װי באם ברודער מוישען האָבן 
זיך שוין אלע טײַנעס און מײַנעס אױסגעלאָזט, און ער האָט לאנג און פאר- 
לוירן נאָך װי אין די קעשענעס געזוכט און לעסאָף א קליין ביסל מינץ 
געפונען, און ער האָט דאָס ביסל אין דער פאָרם פון א לעצטער טײַנע 
אויסגעלייגט: 

-- איז יאָ, אָבער פארװאָס די גאנצע וועלט זוכט און געפינט צװישן 
די לעבעדיקע פון זייער דאָר, און ער, לוזי, איז גאָר אוועק צו די טויטע? 

האָט אים דערוף שוין לוזי, װי מיט א שמייכל, זײַן שוואכקײַט באדוי- 
ערנדיק, און װי א זיגער, װאָס גיט דעם באזיגטן א האנט צום אופשטיין, 
מיַט ליבע און מיטלליד אָפּנעענטפערט: 

-- איז װאָס, אז טויט? איז דאָך מוישע-ראביינו אויך טויט, איז דאָך אויך 
רעב יויַכענען בען זאקאי, דער ראמבאם, דער באלשעם האקאָדעש טויט -- 
נו, איז װאָס, איז דען די טוירע זייערע, כאָלילע, טויט?.. 

און דאָ האָבן די ברידער דעם שמועס פארענדיקט. ס'איז שוין טיף אין 
אָװנט געווען און שוין צײַט מײַרעוו צו דאוונען. פון די ביימער און פון 
גאנצן סאָד האָט שוין מיט קילקײַט געצויגן; פון זון -- שוין קיין סימען, 
נאָר פון דער אנטקעגן-זײַט, װוּהין די זון איז שוין געהאט פארגאנגען, איז 
אפריַער א שטארק-בלאסע, און װאָס װײַטער און שפּעטער -- א גאָלדן- 
גרויסע, אָװ-כודעשדיקע לעװאָנע אופגעגאנגען, מיט א צוזאָג אף דערנאָך, 
אפן גאנצן אָװנט און אף נאכט דער גאנצער, מיט א שטילער און הויך- 
גאָלדיקער שײַן דעם סאָד, די שטוב, דעם הויף און דעם ארום צו באלויכטן. 

די ברידער האָבן דעם סאָד פארלאָזט, זײַנען דורכן הויף דורכגעגאנגען, 
און אז זיי זײַנען אין שטוב ארײַן, האָבן שוין ליכט און לאָמפּן געברענט. 
זי האָבן א װײַלע, פון דרויסן קומענדיק, ביידע צוערשט די אויגן פאר דער 
שײַן געזשמורעט, דערנאָך האָבן זיי זיך געשטעלט דאוונען. 


59 


די שטוב-לײַט האָבן נאָך זייער ארײַנקומען געזען, אז מוישע האָט, פון 
סאָד אָנקומענדיק, װי א געשלאָגענער זיך געפילט, און ער האָט זיך א ביסל 
צו אלעמען און באזונדערס צו לוזין געהאלטן פרעמדלעך, און לוזי, פאר- 
קערט, אופגעלייגט, פרײַ און וי גאָרניט איז ניט פאָרגעקומען. 

די שטוב-לײַט האָבן, צוליבן נישט איבעריקן גוט-פילן-זיך פון זייער 
פאָטער, דאָס מאָל דאָס פארברענגען באם אָװנט-עסן װי מעקאצער געװוען: 
נישט פארן עסן און אויך נאָכן, -- נישט, וי זיי זײַנען געװווינט געווען, -- 
אין רעדלעך זיך איצט ניט געקליבן. נאָר מע אין אלע באלד נאָכן עסן, 
יעדער אין זײַן צימער, זיך צעגאנגען. מוישע מיט גיטעלען -- צו זיך אין 
אלקער, די קינדער -- צו זיך. 

דעם פעטער לוזין האָט מען דעמלט זײַן בעט געבעט, נישט וי אלעמאָל 
אין זײַן צימער, נאָר אין פּאראדנעם גלעזערנעם קאָרידאָר, װי ער האָט 
פארלאנגט. אין יענעם קאָרידאָר, װאָס דינט סוקעס-צײַט פאר א סוקע, װוּ 
די סטעליע איז אין זעקס פירעקעכיקע אָפּטײלונגען געטיילט, יעדער פירעק 
מיט אין אלאכסן אויסגעלייגטע געפארבטע שטעקעלעך, און װוּ די ווענט 
זײַנען העכער האלב פון גלאָז, פון קליינע טאפליעלעך, און די טאפליעלעך 
פארשיידנפארביקע: רויט, גרין, געל, ברוין אאוו. 

דאָרט האָט מען איצט זײַן בעט געשטעלט. פאר א , שוימער" האָט מען 
אים דעמלט יודעסעס, מוישעס טאָכטערס, עלטסט ייַנגעלע, מייערלען, גע- 
געבן -- מייערלען, װאָס טיילט זיך אויס פון אלע קינדער אין שטוב מיט 
באזונדערער שטילקײַט, כשיוועס און אויסטערלישער לאגע צװוישן קינדער, 
און װאָס אים האָט טאָמיד אפילע דער פעטער לוזי, צוגאסט קומענדיק, פון 
אלע קינדער אויסגעטיילט. 

מייערל האָט זיך פארן װאָרט , שוימער? געשראָקן, ער האָט געװוּסט, 
אז עפּעס א הויכע אכרײַעס איז ארופגעלייגט אף אים, כאָטש אין װאָס דאָס 
היטן באשטייט, האָט ער נישט פארשטאנען, און דאָך צוזאמען מיט דער 
שרעק איז אים די אכרײַעס אויך גוואלדיק אָנגענעם געווען. 

און אָט, אז אלע אין שטוב זײַנען שוין געגאנגען שלאָפן, װען אלע 
שוין אף זייערע געלעגערס, די שטוב -- שטיל, און אין אלע כאדאָרים 
האָט די שײַן פון דער אין הימל הויך-שײַנענדיקער גאָלדענער לעװאָנע נאָר 
ארײַנגעקוקט, זײַנען אין מוישעס רויק, רויַק הויז דעמלט נאָר צוויי מענטשן 
ניט געשלאָפן. 

דאָס זײַנען געווען: 

מוישע אליין, װאָס נאָכן וויקועך מיטן ברודער האָט ער זיך לאנג ניט 
געקאַנט בארויַקן, ניט בייסן מײַרעװ-דאװנען, ניט אויך נאָכדעם, בייסן 
עסן, און אויך איצט אפילע, ווען ער איז שוין בא זיך אין אלקער געווען 
און האָט זיך געגרייט שלאָפן לייגן. ער איז, בייס ער האָט אױיסגעטאָן די 
קאפּאָטע, מיט איין ארבל לאנג א נישט-אויסגעטאָנענער געבליבן, און נאָך 
דער קאפּאָטע איז אויך מיט די שיך פאָרגעקומען דאָס זעלבע: איינעם 
אױסגעטאָן, און מיטן אנדערן איז ער לאנג זיצן געבליבן. 

דער צווייטער וואכנדיקער -- מייערל, װאָס פארן שלאָפן, ווען ער אליין 
איז שוין אף זײַן געלעגער געווען, האָט ער געזען, װי דער פעטער לוזי 


90 


האָט די קאָרידאָריטיר געעפנט, אין דרויסן ארויס, און עפּעס לאנג און 
עפּעס לענגער, װי מע דארף, צוריק זיך ניט אומגעקערט. מייערל האָט 
מוירע געקריגן: ריישיס, פארן פעטער לוזין, וועלכן ער האָט באדארפט 
היטן, און, צווייטנס, פאר זיך, װאָס ער איז איינער אליין, שפּעט אין 
נאכט, אין קאָרידאָר געבליבן. 

ער האָט זיך דערום פון געלעגער אופגעשטעלט און מיטן פּאָנעם צו 
איינעם א טאפליעלע צו, און גראָד האָט ער צו א רויטן געטראָפן, און 
ארויסקוקנדיק דורך דעם, האָט ער אומגעריכט און פּלוצעם דעם פעטער 
לוזי אינמיטן הויף, אנטקעגן דער לעװאָנע, מיט א פאריסענעם קאָפּ און 
מיט א פארבלאָנדזשעטן בליק צום הימל קוקן דערזען. - 

און מייערל האָט זיך פארן בילד דערשראָקן, --פאר דעם, װאָס ער 
האָט קיינמאָל ניט געזען: א מענטש אינמיטן באנאכט, איינער אנטקעגן דער 
לעװאָנע, מיט א פאריסענעם קאָפּ און באָרד ארופקוקנדיק. 

ער איז א דערציטערטער צוריק צו זײַן בעטל צוגעפאלן, אונטער זײַן 
קאָלדרע ארונטער, זיך אײַנגעװיקלט און אנשלאָפן געװאָרן.. די גאנצע 
נאכט אָבער האָט עס אים דערנאָך געשוידערט, און ער האָט זיך פון דער- 
שרעק געװאָרפן, און, אגעוו געזאָגט, אף זײַן גאנצן לעבן דערנאָך דאָס 
בילד פארגעדענקט. 

און אויך מוישען האָט עס פארן שלאָף, -- ער ווייסט ניט פארװאָס, -- 
עפּעס צום פענצטער א צי געגעבן, ער האָט זיך א בייג געטאָן, און פּלו- 
צעם -- דאָס זעלבע, װאָס מייערל דערזען: לוזי אינמיטן הויף און מיט א 
פאריסענעם קאָפּ און באָרד צום הימל און צו דער לעװאָנע... 

ס'האָט זיך בא אים וי אן , אוי" געװאָלט ארױסרײַסן, און ער האָט 
זיך פארהאלטן, קעדיי גיטעלען, װאָס איז אנטקעגן אין איר בעט שוין גע- 
שלאָפן, נישט צו װועקן. ער האָט לאנג ניט געקוקט, נישט געקענט קוקן.. 
ער האָט פארשטאנען, אז לוזי האָט, נאָכדעם, װי ער האָט זיך אפן וועג 
פון די , זײַניקע? געלאָזט, געוויס אויך די מידע פון ,התבודדות? (היסבוי- 
דעדוס): בא זיי איבערגענומען, און פארן שלאָף איצט, װי אלע די זיי- 
ערע", די שאָ פון אליין זײַן געפּראװעט. 

ער האָט זיך באלד אויך אין כאָלעם, װאָס האָט זיך אים געכאָלעמט, 
דערמאָנט: לוזי אין הויף אין דער מיט, מיט די קישעף-ליכט, און דער 
פאָטער וויינט, קוקנדיק אף אים, און ער קערעװועט דעם קאָפּ אָפּ פון צו 
קוקן... 

ער איז געפּלעפט געווען, װײַל אף א מעשונע-אויפן האָט זיך אים זײַן 
כאָלעם איצט באשטעטיקט, און ער האָט זיך װײַטער דעם פאָטערס ווער- 
טער דערמאָנט: 

,זעסט ניט, -- האָט דער פאָטער געזאָגט, -- לוזי טוט אונדז אָן אזוינע 
כארפּעס-בושעס?... 


: אליין זײַן, בלײַבן אָפּגעזונדערט. 


ווו 
לוזי בא די זײַניקע 


ו יענער צײַט האָט זיך אין דער שטאָט א 
צװישן די פיל רוישיקע און רײַכע כסי- 
דיםיסעקטעס איינע א נישט-אָנגעזעענע 
און קליינע גרופּע פון די ,,בראסלעווער" 
געפונען, 

דאָ, אין א, איזן זי באשטאנען פון 
נישט מער, וי אָנדערהאלבן, צװויי 
מיניאָנים באלמעלאַכעס, און דעריקער -- 
עוויוינים, אָבער פון אזוינע, װאָס צו זי 
איז גאָר קיין גלײַכן נישט געווען. 

פארשטענדלעך, אז מאכמעס אזוי וויי- 
ניק אין צאָל און אזוי אָרעם דערצו, האָבן 
זיי קיין אייגענע שול, װי אלע אנדערע, 
נישט געהאט און אפילע נישט געטרוימט 
צו האָבן. זי זײַנען נאָך, אויסער דעם אלעמען, שטארק גערוידעפט געווען, 
און זיי האָבן זיך אמאָל אָפּגעדונגען, מערסטנטייל אָבער זיך נאָר אײַנגע- 
בעטן, מע זאָל זיי דערלויבן בא אנדערע כאָטש א פארטאָגיקן ערשטן 
מיניען זייערן פּראווען. 

צו זיי, צו אָט דער סעקטע, פלעגט מען זען, פלעגט זיך אמאָל ארײַנ- 
שטעלן א יונג ייִנגל, פון װײַטן פּוילן געקומען, מיט אן אָרעם פּעקעלע זאכן 
פון דער היים געבראכט, מיט א זינגענדיקער אויסשפּראך, אָפט אויך מיט א 
טאָרבעלע פאך-געצײַג, קעדיי בא זיי, אמאָל מער אָדער װייניקער, זיך צו 
פארזאמען, און זייער טוירע, מידעס און אופירונג זיך לערנען. 

מע פלעגט אים ווארעם אופנעמען, אים מעקארעוו זײַן: די ערשטע 
צײַט, ביז ער האָט זיך אָנגעהויבן פארדינען, אים אונטערגעהאלטן און פון 
אלגעמיינעם בײַטל -- פון נישט מײַנס, נישט דײַנס, נאָר פון גאָטס, וי 
ס'האָט בא זיי געהייסן, -- אים געשפּײַזט. דערנאָך האָט ער שוין אף איי- 
גענעם געלעבט און מיטן פארדינסט מיט אנדערע זיך געטײילט און אָרע- 
מערע פון זיך אונטערגעהאלטן, 





92 


פֿיל פון זיי האָבן זיך איבער גרויס פרומקײַט און מעשוגאס פון זייערע 
מעלאָכעס און פּארנאָסעס ארויסגעשלאָגן. װײַבער, פון זייערע פרומע 
מאנען באווירקטע, האָבן בא זיי נישט געמאָנט, און קינדער -- דערשלאָ- 
גענע, אָפּגעצערטע און אנעמישיפארורטיילטע -- האָבן בא טאטע-מאמע 
נישט געבעטן, װײַל געװוּסט, אז ס'איז איבעריק און סײַװי נישט צום 
פּױעלן, 

דער גרעסטער טייל זייערער האָט געלעבט: פון דאוונען און טאנייסים. 
באטאָג, נישט װי אלע מענטשן, נישט מיט באטאָגעדיקע זאכן פארנומען, 
באנאכט -- אף די קװאָרים פון די שטאָטיצאדיקים גענעכטיקט, און פאר 
דער וועלט, פאר זיך און פאר דער אייגענער פאמיליע עפּעס צו טאָן -- 
נישט שײַעך, און ביז פארברעכן פארגעסן. 


אָט שטייען פאר אונדז אייניקע זייעריקע. 
ערשטער: 


אוורעמל דער פיר-ארשיניקער שנײַדער. נאָך יונג. סאָף צוואנציקער. 
מיט גלאטע באקן, מיט געציילטע אומקאָליריקע הערלעך אין באָרד. די 
הויט פון זײַן פּאָנעם אָבער שוין פון אזא בלאסקײַט, אז ס'גייט אזש איבער 
אין גרין און זעט אויס, װי אייטער אונטער א בלאָטער, 

ער איז לאנג, דאר און אויסגעדעווערט. האָט די מעלאָכע פארלאָזט. מיט 
עפּעס ספאָרים, װאָס נישט פאר זײַן קאָפּ און נישט פאר זײַן פארשטאנד, 
זיך פארנומען. דעריקער אָבער, מיט פרום דאוונען, מיט נעכטיקן אפן 
,פעלד?, און פון הונגער און טאנייסים גייט אים שוין א קעלט און א 
שלעכטער רייעך פון מויל. 

-- אך! אך! -- קוויקט ער זיך אָפט אין עקסטאז באם דאוונען, װי אין 
כאלאָשעס, און אמאָל אויך אפילע אינמיטן א שמועס מיט א מענטשן, ווען 
ס'קומט אים אָן דער רעליגיעזער געדז און רײַסט זיך ארויס פון אים 
פּלוצלינג... 

-- אוורעמל... -- וועקט אים אמאָל א פארנאכט אין שול, װוּ ער געפינט 
זיך, דאָס װײַב, צו אים קומענדיק, פון זײַן דולער פארטראָגנקײַט,-- 
אוורעמל, די קינדער האָבן נאָך הײַנט אין מויל ניט געהאט.. עפשער 
האָסטו עפּעס? 


און אוורעמל האָט -- א לאנג צונויפגעלייגט לעדערן בײַטעלע מיט פיל 
אָפּטײלונגען, װי א שטאָק איבער א שטאָק, און אז ער צענעמט עס, צע" 
וויקלט עס, דאָס בײַטעלע, איז אין סאמע לעצטן שטאָק, מערסטנטייל א 
זעקסער, און אמאָל אויך... דער לעצטער שטאָק לײידיק. 

דאָס װײַב שטייט א פינצטערס, יל אװעקגיין און קאָן נישט, וויל 
בלײַבן און האָט ניט צוליב װאָס, און איר מאן איז גרין, לאנג, דאר, פיר- 
ארשיניק, מיט עטלעכע הערעלעך אין באָרד, און זי זעט, אז זי האָט ניט 
װאָס צו ווארטן: ער איז פארטראָגן, און בא א לעצטער שײַן פון טאָג, אָדער 


3 


בא א פארמינכעדיקער ליכט איז ער אין זײַן סייפער און אין װײַטע פון 
איר אוילעמעס פארטאָן. 

צווייטער: 

מוישע-מענאכעם דער פארבער, פון מיטעלע יאָרן און מיטעלן װוּקס. 
מיט א שטארק שווארץ בערדל, שווארצע ברעמען און אויגן, זײַן רעכטע 
זײַט איבער דער לינקער איבערגעבויגן, אזוי, אז ער שטייט, גייט, לויפט 
א ביסעלע קאָסע. ער האָט אן אייבערשטע צעשפּאָלטענע ליפּ, א צע- 
האקטע און פארנייטע. די רויטע שניטן גײיען זיך ניט צונויף, און דער 
אייבערשטער קאסטן ציין איז בא אים נאקעט. דערום, אז ער רעדט, זופּט 
ער די לופט באשטענדיק; אז ער זאָגט איין מאָל, דאכט זיך אים, אז ער 
איז ניט יויצע, זופּט לופט און זאָגט נאָכאמאָל. ער איזן א זשוואװוער, 
וי פון עפּעס אן אינװייניקסטן קוועקזילבער; א טאָמיד אומרויַקער -- פון 
גרויס היציקײַט און ברען, װאָס לאָזט זײַן קערפּער ניט רוען, רײַסט זיך 
פון אים, רײַסט אים מיט און לאָזט אים קיינמאָל אף איין אָרט נישט אײַנ- 
שטיין. 

ער, מוישע-מענאכעם, געפינט שוין, אויסער פאר דולער פרומקײיט, צײַט 
אויך פאר זײַן מעלאָכע, פאר פארבערלי. 

מע קאָן אים אָפט טרעפן, סײַ זומער סײַ װוינטער, באם ברעג טײַך מיט 
א פּאק געפארבטע בגאָדים, װי ער שװוענקט, פּראטשט, אליין אָבער קיינ- 
מאָל צו דער מעלאָכע ניט אױיסגעטאָן, נאָר אין דער קאפּאָטע. ארבעט און 
טוט זײַן זאך, נאָר דער קאָפּ, זעט מען, איז אים ערגעץ אנדערש פאר- 
נומען. און אפילע ווינטער, אין די גרויסע פרעסט, ווען ער פארלאָזט אָפט 
דאָס וואשן אינמיטן און גייט אָפּ אף א װײַלע, איז -- ווען אן אנדערער 
װאָלט אָפּגעגאנגען זיך אָנצוּווארעמען און די פארפרוירענע און פארקליאק- 
נעטע גלידער אױסצוגלײַכן, ער -- אף עפּעס א ויכטיקן איניען, אֹף א 
הויכע, פרומע מאכשאָװע, װאָס איז אים אופגעקומען, צו באטראכטן. 

אָפּט באגאנװועט מען אים דערפאר.. זומער, ווען ווארעם, ווען שיין, 
ווען גרין באם טײַך און בא דער לעוואדע, װוּ ער וואשט; ווען ס'מאכט זיך 
אים נאָך דער ארבעט, אז ער גייט אָפּ מיט זײַן פּאק אין א זײַט, זעצט זיך 
אוועק און נעמט זיך צו זײַן באליבטן סייפער, צום , חובות הלבבות"?, און 
דעריקער, צו יענעם אָרט, װאָס ער האָט אמערסטן ליב אין יענעם סיי- 
פער -- צום , שער הבטחון"?, -- ווייסן שוין דערפון די גאנאָווים, און 
שטיל, הינטנארום װערט בא אים, בייס זײַן פארטראָגנקײַט און אין זײַן 
גרויסן ביטאָכן, א פרעמד קלייד, א פרעמד מאלבעש אװועקגעשלעפּט.. 

מענאכעם מוז זיך דערנאָך (װי דען אנדערש?) פארן שאָדן צעצאָלן; 
אָבער אזויווי אָט די צופאלן מיטן פארפאלן װערן האָבן זיך אים שוין 
צו אָפּט געטראָפן, האלט ער שוין דערבײַ, אז אויך ער זאָל אינגיכן זײַן 
קונדשאפט פארלירן, בעמיילע -- די פּארנאָסע, און אויך צו אים װועט 
אינגיכן קומען דאָס װײַב מיטן זעלבן, װאָס צו אוורעמלען אוורעמלס װײַב, 


: הארץ-פליכטן. א באװוּסטער מוסער-סייפער פון ראביינו בעכײַע האספארדי. 
? איינס פון די קאפּיטלעך פון יענעם סייפער, ווּ ס'רעדט זיך וועגן ביטאָכן. 


94 י 





און מיטן זעלבן פון אים, װי יענעמס פון יענעם -- מיט ליידיקן -- אוועק- 
גיין. 

דריטער: 

שאָלעם דער טרעגער. א גוואר, מיט א ברייט-ברייטער ברוסט און 
פּלײיצע, מיט א װײַס-ימילכיק פּאָנעם און פּאָפּעליאטער באָרד. 

זײַן טרעגערישע פּלאכטע -- דער גראָב-לײַװונטענער פארטעך, דורך 
א לאָך דעם קאָפּ ארײַנגעטאָן, און אף פאָרנט און הינטן צוויי פּאָלעס אראָפּ- 
געלאָזט און בא די לענדן מיט א שטריק פארגארטלט -- איז אים צויי 
מאָל גרעסער, װי די פארטעכער פון אנדערע זײַנע פאך-לײַט טרעגער, 
װײַל זײַן גוף איז אויך צוויי מאָל גרעסער. 

ער איז הויך, ברייט, און הענט און פיס בא אים, װי בא אזוינע דארפן 
זײַן, און איידער ער איז צו זיי, צו די זײַניקע, צוגעשטאנען, זײַנען אין 
מארק פון זײַנע גװוּרעס לעגענדעס געגאנגען: ער הייבט אוף א געזונט, 
צעהיצט פּריציש פערד פאר די פעדערשטע פיס: ער הייבט זיך אליין ארוף 
אף טרעפּ און לאָזט זיך אראָפּ פון טרעפּ מיט א דרײַסיק-פּודיקער צוקער- 
פאס אָן קיינעמס הילף; ער קאָן אופעסן זכאריע דעם שענקערס שענק, 
מיט אלע פארגרייטע גוטע זאכן אף א גאנצן טאָג פאר אלע טרעגערס 
אין מארק, מיט אלע קנישעס, פּופּקעס, לעבערס, גריוון און גענדזענע 
פּאָלקעס;: ער קאָן אויסטרינקען דעם יארדן.. און אף יעדער שװערער 
ארבעט פלעגט ער, שאָלעם, גערופן װערן דער ערשטער, אלע האָבן זיך 
צו אים געשארט, מיט אים זיך גערימט, און יעדערער האָט זיך צו אים 
גערן אין שוטפעס גערוקט. 

און פּלוצעם איז אף אים עפּעס אָנגעפאלן א פרומקײַט. מע וייסט 
ניט, פארװאָס ער האָט גראָד צו זיי, צו יענע, אָנגעטראָפן, צי װײַל דאָרט 
האָט מען זייער גוט, אויסערגעויינלעך פרײַנטלעך, אָן אונטערשיד, 
מענטשן אופגענומען, צי דעריקער דערפאר, װײַל דאָרט איז קיין לעבע- 
דיקער רעבע ניטאָ, מאכמעס פאר א לעבעדיקן האָט שאָלעם מוירע:-- 
ארײַנגײן, שאָלעם געבן, זיך , פּראווען"--- איז ניט פאר שאָלעמען, -- און 
איצט איז ער פרײַ פון דעם. 

װי די מײַסע זאָל ניט זײַן, נאָר איצט, זינט ער איז צו זיי אריבער, 
איז אים ניט צו דערקענען. ער ווייסט ניט װאָס מיט זײַן גרויסן גוף צו 
טאָן, שעמט זיך פאר אים, האלט די הענט אין שויס פון פארטעך, די 
אויגן אראָפּגעלאָזט, סטארעט זיך זײַן הייך צו פארנידעריקן, זײַן פּלײצע 
אײַנצושרומפּן, און ס'גיט זיך אים שוין װאָס װײַטער, אלץ מערער אײַן; 
זײַנע אויגן האָבן זייער נאטירלעכן בליק פארלוירן, קוקן קאלעמוטנע, זײַן 
פּלײצע בעט זיך א קאפּאָטע, און שאבעס, אז ער טוט זי אָן, זעט ער שוין 
אויס נאָר האלב װי אינדערעמעסן, און אז טרעגערס זעען אים דעמלט, 
לאכן זיי פון אים, און אינדערװאָכן װענדט מען זיך שוין אָפט מיט א 
שפּאס צו אים; 

-- שאָלעם, װאָס הערט זיך עפּעס אף דײַן בראסלעווער יענער-וועלט? 

און ס'האלט שוין דערבײַ, אז וועגן שאָלעמען װעלן באלד די לעגעג- 
דעס אופהערן און אוועק, און צוזאמען מיט זיי אויך זײַן פּארנאָסע. 


4 


...און אָט איז , דאָס פּאָרל? (די נעמען זייערע ניט ויכטיק): ביידע 
קליינינקע, נידעריטשקע, קורצזיכטיקע, איינער א בלאָנדלעכער, א מין 
ציג מיט א ברייטלעך-שיטער בערדל, דער צווייטער --א צוגעשלאָגענער, 
מיט א געדיכטלעך-שווארצער באָרד. ביידע רייכערן און שמעקן לײַדנ- 
שאפטלעך פון נישט האָבן װאָס צו טאָן און פון א גאנצן טאָג מיט גאָר- 
נישט זײַן באשעפטיקט. 

זי געדענקען שוין נישט, װאָס זיי זײַנען אמאָל געווען און פון װאָס 
זי האָבן ווען געשפּײַזט זיך, נאָר הײַנט לעבן זיי פון אומגיין... פון אינ- 
דערפרי ביז פארנאכט אין שול טאָמיד, איינער שפּאנט פון מיזרעך צו 
מײַרעוו, און דער צווייטער אנטקעגן אים -- פון מײַרעװו צו מיזרעך, און 
דאן פארקערט -- הין און צוריק, ביידע פארטראכטע, און אפן וועג באגע- 
גענען זי זיך און שלאָגן זיך אָן קורצזיכטיק, און איינער באם אנדערן נעמט 
אמאָל א שמעק טאבעק, אָדער א שטיקל ציגאר, נישט קיין דערייכערטן 

קיין װײַבער קומען שוין צו זיי נישט, מאכמעס ס'איז נישטאָ צו ווע- 
מען, װײַל, װי געזאָגט, לעבן זיי פון אומגיין, פון מאכשאָװעס, און נאָר 
פון זעלטן-ווען אמאָל אויך בא א מעס איבערנעכטיקן און היטן, װאָס 
דערפאר באקומען זיי צו פּאָר פּיאטאקעס... 

און אָט האָט איר נאָך איינעם א זײיעריקן: 

יאנקל דער שוסטער. דער פריִערדיקער גרויסער בארמאזל, װאָס די 
שטאָט אין צו אים געלאָפן מיט באשטעלונגען און אים פארװאָרפן מיט 
ארבעט: בערג מיט שיך פאר גרויסע, שטיוועלעך פאר קינדער זײַנען בא 
אים אין באנקבעטל אָנגעוואלגערט געווען -- פארטיקע, און דאן שיך און 
שטיוועלעך נאָך אין דער ארבעט. אריבער א טוץ געזונטע לעפּאקעוואטע 
שוסטער-יונגען, פון דער װײַטער ליטע געקומען, פלעגן בא אים באשעפ- 
טיקט זײַן, און קיינמאָל בא אים לײידיק ניט געזעסן, אפילע אום כאלע- 
מויעד: א גאנץ יאָר, אלע טעג שפּעט ביז אין דער נאכט ארײַן, און ערעוו 
יאָמטעװו -- אויך איבער און דורך דער נאכט. 

שוסטערס האָבן אים מעקאנע געװוען, יאנקלען. און ער אליין--א 
באשיידענער, שטילער טאם --האָט נישט געװוּסט, פונוואנען דאָס גליק 
איז צו אים געקומען און ויַאזוי דאָס צו שאנעווען און שעצן 

און ער האָט דאָס טאקע נישט געשעצט. ער האָט זיך ניט גרויס גע- 
האלטן, זיך ניט איבערגענומען, װײַל פון אלע שוסטערשע אוילעמהאזעס 
און פון דער גרויסער שעפע פון א באלמעלאַכע א מוצלעך האָט ער ויי- 
ניק װאָס האנאָע געהאט. האָט זיך נאָך רײַכקײַט ניט געיאָגט, האָט װייניק 
זײַן קונדשאפט געדענקט און אָפט האָט ער די מאָסן פארביטן: בא וועמען 
א קליינער פוס --א גרויסן שוך, בא וועמען א גרויסער --אן ענגן שוך... 
ער האָט געפּלאָנטערט, און זײַן שוסטערישער זיקאָרן און זײַן מאָסן- 
ביכעלע האָט אים שלעכט געדינט. 

װײַל יאנקל האָט געהאט איינע א צאָרע, װאָס האָט אים זײַן גאנצע 
שעפע און דעם גרויסן פּארנאָסע-זשויב נישט ניכע געמאכט: ער האָט קיין 
קינדער ניט געהאט, און יאנקל האָט געװאָלט כאָטש איינס א קינד, כאָטש 
איינעם א קאדעש.. 


6--9 96 








ער האָט זיך דערום פיל געפּידיענט בא פארשיידענע ראבעיִם, סגולעס 
גענומען בא פארשיידענע װײַבער אייצעגעבערנס, שפּרעכערנס, אויך בא 
א דאָקטער -- און ס'האָט ניט געהאָלפן. און געהאָלפן, און א גליק איז אים 
געשען נאָר איין מאָל, אינעם געוויסן יאָר פון דער ליקעכאמע, ווען אלע, 
װי באװוּסט, אקאָרעס װערן געהאָלפן, איז אויך יאנקלס װײַב דעמלט 
טראָגעדיק געװאָרן און געהאט. 

אין שטאָט האָט מען זיך געפרייט מיט זײַן גליק, װי מיט אלע אין 
דעם יאָר אופגעריכטע און באגליקטע, כאָטש שוסטערס האָבן נישט איבע- 
ריק געגלייבט, און פון קינע, מעגלעך, מיעסע לאָשנהאָרע גערעדט: גע- 
זאָגט, אז יאנקלען האָט אכוץ דער ליקעכאמע, אויך צוגעהאָלפן דער 
פּינסקער פּאטלאטער שוסטער-געזעל, דער ריזיקער און שיינער יונג, װאָס 
האָט בא אים געארבעט. 

װי די מײַסע זאָל ניט זײַן, נאָר יאנקל אין אזוי דול געװאָרן פון 
זײַן געדולע, אז דאָס יאָר האָט ער שוין קימאט װי גאָר אָן א מאָס גע- 
ארבעט: גרויס-קליין, ענג-גראם.. ער האָט שוין אזוי געפּלאָנטערט, די 
שיך אין באנקבעטל האָבן זיך אים אזוי איבערגעמישט, אז ער האָט שוין 
אפילע די געטרײַסטע פון זײַנע באשטעלער, איבער זײַן צעטומלעניש, 
ניט צופרידן געשטעלט, און אפילע אין קאס אויך ארײַנגעבראכט--פאר 
ניט צו דער צײַט אָפּברענגען, פאר שלעכטער ארבעט, און דאָס יאָר איז 
אן איבערבראָך-יאָר געווען, און פיל האָבן זיך פון אים אָפּגעקערעװעט, 
און צוזאמען מיטן מאזל צו אנדערע אוועק. 

און װאָס װײַטער א יאָר, אלץ ערגער און ערגער: די ליטוואקישע 
פאטלאטע יונגען האָבן זיך אײינציקװײַז, אײינציקװײַז פון אים ארויס- 
גערוקט און צו אנדערע, מער מעיושעװוערע באלעבאטים באלמעלאָכעס 
איבערגעגאנגען; די קונדשאפט זיך אױסגעלאָזט און דאָס באנקבעטל ליי- 
דיק; און פאר דער צײַט פון דער שעפע האָט זיך אליין יאנקל פון דער 
מעלאָכע אָפּגעװױנט, די מעלאָכע פארגעסן, און ער אליין אף גאָר שוין 
ניט פיייַק, 

און אָט טרעפן מיר אים מיטן פארבליבענעם נאָר נאָמען--,יאנקל 
ליקעכאמע?"--בא די זייעריקע, בא די אויבן דערמאָנטע, שוין א קאפּצן, 
וי אלע, דערפאר אָבער פרום זייער און נאָך מער, וי פריער, באשיידן, 
און נאָך מער טאם, וי פריִער, און באשטענדיק מיט אויגן, וועלכע לויכטן 
אים פונעם גרויסן נעס, װאָס האָט אים געטראָפן, און מער דארף ער נישט, 
װײַל ס'איז איבעריק און ער איז איבערגליקלעך. 

און אָט איז אליין דער אָנפירער זײערער: דער סאמע אױסגעפּרוּװוטער, 
װאָס איַז ווירקלעך װערט אָנפירער צו זײַן, מאכמעס די פיל גילגולים, 
װאָס ער האָט אין זײַן לעבן דורכגעמאכט, און מאכמעס די שװערע 
ראנגלענישן, װאָס ער איז אויסגעשטאנען באם פיל מאָל זיך ברעכן און 
וואקלען צװישן גלויבן און אומגלויבן, 

און דאָס איז גלײַך אף זײַן קערפּער צו זען: די אייבערשטע העלפט 
איז טאָמיד מיט דער אונטערשטער װי צעקריגט: ער שפּאנט גיך און 


97 


פארטראָגן און שיקט פארפריער דעם קאָפּ און דעם אייבערשטן קערפּער- 
טייל, װי אף זיך אָפּרײַסן און זיך װעלן אָפּטײלן. 

ס'איז אויך אף זײַן פּאָנעם צו מערקן! כאָטש אין די מיטעלע יאָרן 
און כאָטש די הויט א שטארק קרעפטיקע און וי פארברוינטער לעדער, 
אָבער אויך שוין געקנייטשט און טיפגריבעריק צעאקערט.. די האָר פון 
באָרד מאט-מעשקאָליר, שטעכיק און בא די עקן אָפּגעהאקט, װי סטער- 
ניע; און אינגאנצן שמעקט פון אים מיט קרעפטיקער מאכאָרקע, װאָס 
ער רייכערט זי מיט גראָב ציגאר-פּאפּיר -- טיף, לײַדנשאפטלעך, ביז אין 
בויך ארײַן און ביז א טרער אין אויג. 

שטענדיק פארטראָגן, קוקט זעלטן-וועמען אין די אויגן, דעם קאָפּ 
אראָפּגעלאָזט, און אז ער הייבט אים אמאָל אוף, זעט מען: אויגן ---טונקל 
דורכגערייכערטער בורשטין, זײַן בליק, מערסטנטייל, מעטושטעש, נאָר 
אז ער לײַטערט זיך אים אויס, קוקט ער קלוג, איראָניש און אפילע מיט 
שפּאָט א ביסל. בא די שלייפן און אויגן -- קנייטשן פון פיל געליטענעם, 
אָבער דער קאָפּ און שטערן --נוסיקרעפטיק, אקשאָנעסדיק און אויך אף 
װײַטער, אויב מע װעט דארפן, גרייט צו לײַדן. 

,מיכל בוקיער" איז זײַן נאָמען. 

איצט איז ער מעלאמעד. פריִער האָט ער עפּעס מינים כיבורים גע- 
שריבן, פון וועלכע ער האָט זיך דערנאָך אָפּגעזאָגט, זיך אָפּגעװאָרפן און 
וויל זי ניט געדענקען, מאכמעס זי זײַנען גאָר װײַט פון דעם, בא װאָס 
ער האלט איצטער. 

שרײַבנדיק זיי, יענע כיבורים, אמאָל, איז ער שוין אזוי װײַט דעמלט 
געהאט פארגאנגען, אז ער האָט איינמאָל א שאבעס אין קליז, װוּ ער 
האָט געדאוונט, די האָזע געהאט צװישן א גאנץ רעדל יידן אָפן צו 
דערקלערן, אז דאָס, װאָס אין דער טוירע שטייט, אז מוישע-ראביינו אין 
אופגעגאנגען צו גאָט אין הימל, מיינט מען ניט טאקע פּאָשעט מיט די 
שטיוול אופגעגאנגען, נאָר מיט דער מאכשאָווע.. און דערפאר האָט ער 
טאקע טייקעף צויי פּעטש באקומען פון איינעם אן אלטן, גרײַזיגראָען 
ייַדן, נישט קיין גרויסן לאמדן, אָבער א שטארק גלײביקער קאנאָי: , איין 
פּאטש, --האָט ער, אים געבנדיק, געזאָגט, --פאר איין מוישע-ראביינוס 
שטיוול, דעם צווייטן -- פארן צווייטן,,,* 

ער איז שוין דעמלט אזוי װײַט געהאט פארגאנגען, אז ער האָט שוין 
אין די געוויסע יענע ספאָרים ארײַנגעקוקט, װאָס עמעס-גלײביקע דער- 
װײַטערן זיך פון זיי, װי פון פײַער, כאָטש שטיין שטייען יענע ספאָרים 
צווישן אלע אלגעהײליקטע, און כאָטש זיי זײַנען פון באװוּסטע ייַדישע 
גדוילים געשריבן, װי דער , קוזרי", דער , מוירע??: אאוו. 

ער האָט שוין אזוי װײַט געהאלטן, אז טאָמיד האָט ער זיך שוין מיט 
אזוינע געפערלעכע מאכשאָװועס ארומגעטראָגן, װי אז ,די וועלט, כאָלילע, 
איז העפקער... קיין באלעבאָס און קיין בוירע.. אז זי אין א קאדמען 


: ,קוזרי? -- פון יעהודע האלייווי. , מוירע נעװוּכים? -- פון מוישע בען מײַ- 
מאָן (דער ראמבאם). 


98 


און קיינער האָט זי ניט באשאפן, און אויב יאָ געשאפן, איז מעגלעך, 
אז ניט איינער". און דערמיט איז ער דערגאנגען ביז צו לייקענען אין 
די איקאָרים און אין די גרונטייעסוידעס, אף וועלכע ס'האלט זיך די 
עמונע, די אורפאָטערלעכע און פון אײיביק אָן אײַנגעשטעלטע. 

ער האָט זיך שוין דערװײַטערט געהאט פון קאָהאָל, און קאָהאָל פון 
איִם, און ס'האָט שוין אזוי װײַט געהאלטן, אז ער זאָל אָדער פון הונגער 
אויסגיין, אָדער אוועקגיין און די עמונע בײַטן 

ער האָט זיך אָבער גויווער געוװוען, און פון הימל, האָט אים געדאכט, 
האָט מען אים געהאָלפן, אים פון יענע מאכשאָוועס באפרײַט און זײַן 
געדאנק אויסגעלייזט. 

ער האָט, װי געזאָגט, א שטארק וואקלענדיקע נאטור געהאט, און 
געוואקלט האָט ער זיך פון עק צו עק --פון שטארקסטן גלויבן צו עקסטן 
אומגלויבן. און אָנגעהױבן האָט ער אין זײַן פריסטער יוגנט--א זעכצנ- 
יאָריק ייַנגל נאָך --נאָר דערמיט, װאָס אײינמאָל איז ער שטילערהייט אין 
איינעם א דאָנערשטיק, אין זײַן שטעטעלע בוקי נאָך, צו דער מאמעס 
שופלאָד, װוּ דאָס װײַסע װועש איז געלעגן, צוגעגאנגען... פון דאָרט איינס 
נאָר א העמד ארויסגענומען, און מיט דעם, מיטן איינעם העמד און מיטן 
טפילן-זעקל, צופוס קיין סאדיגורע זיך אװעקגעלאָזט, און אף מאָרגן, 
פרײַטיק, אז ער איז אין נאָענטן שטעטעלע געקומען, אין מערכעץ אוועק, 
װי אלע אום ערעוו שאבעס, און גענומען איבערבײַטן דאָס העמד, האָט 
ער דערזען, אז ס'איז דער מאמעס.. פון גרויס אײַלעניש האָט ער א 
טאָעס געהאט... ער איז דערנאָך אף דער גרענעץ פון עסטרײַכישע זשאנ- 
דארמען, פאר װעלן גאנווענען די גרענעץ און דורכגיין אָן א פּאס, גע- 
שלאָגן געװאָרן, און אהיים איז ער געקומען א קראנקער, א הוסטנדיקער... 
מע האָט אים לאנג מיט ציגן-מילך געהיילט, און דעריקער אָבער װײַל 
פון דער נאטור א קרעפטיקער, האָבן די אָפּגעשלאָגענע לונגען זיך אים 
צוריק פארהיילט, און זײַנע עלטערן, צוליבן נעס, װאָס איז זייער זון 
געשען, האָבן זיך פארזעצט, פארבאָרגט און האָבן אים אף לעצטע קאָסטן 
זיײיערע, שוין מיט א פּאס און מיט הױצאָעס, געשיקט אהין, װוּהין זײַן 
יוגנטלעכער דורשט האָט אים געצויגן. 

דערנאָך האָט ער זיך , איבערגעקערט", און שפּעטער איז ער וידער 
צו דער עמונע געקומען, אָבער פאר דער גרויסער מוירע פארן אומגליק 
פון אומגלויבן, װאָס קאָן אים װײַטער טרעפן, האָט ער שוין מער אין 
יענע ספאָרימס זײַט נישט געקוקט און קיין מינדסטע מאכשאָװע פון זי 
צו זיך ניט צוגעלאָזט. ער האָט זיך לאנג נאָר צװישן די צאדיקים פון 
זײַן דאָר געזוכט אן איינעם, אין וועלכן ער זאָל זיך קענען אָנבינדן, ביז 
ער איז לעסאָף, פון אלע זוכענישן און צװישן אלע לעבעדיקע פון זײַן 
דאָר, צו זיי, צו די בראסלעווער, אָנגעקומען. 

ער האָט אָבער אויך איצט אין גרויס אומרו און אין נישט-זיכערקײַט 
געלעבט, און כאָטש ער האָט זיך פעסט געהאלטן, דאָך האָט ער פון 
שטענדיקער מוירע געציטערט, און טאָמיד האָט ער דערום אף זײַנע ליפּן 
געהאט די פארפאסטע טפילע פון זײַן רעבן: 


99 


,ריבוינעשעלוילעם, -- זאָגט די טפילע, -- העלף אונדז און באגליק 
אונדז צו שטארקן זיך און גלייבן אין דיר און אין דײַנע עמעסע צאדיקים 
בעעמונע שליימע, און נישט ארײַנצוגײין אין קיין שום כקירע, און נישט 
ארײַנצוקוקן אין קיין שום סייפער פון די ספאָרים פון די מעכאקרים, 
אפילע פון יענע, װאָס עס האָבן מעכאבער געווען די גדױלײ-ייסראָעל? 

אָט די טפילע האָט ער געהאט אף די ליפּן באשטענדיק, אופשטייענדיק 
און זיך לייגנדיק, אין וועג גייענדיק און אפילע אויך ווען ער איז צװישן 
מענטשן געווען, פלעגט אָפט אינמיטן א שמועס זיך אָפּקערעװען און אף 
א װײַלע א שעפּטשע טאָן פון דאָרט. 

ער האָט אויך מיט באזונדער ברען, שטארקער און פלײַסיקער פון 
אנדערע, װאָס האָבן פון טאָמיד אָן געגלייבט און קיינמאָל פון קיינע 
ספייקעס ניט געװוּסט, זיך זײַן נײַעם גלויבן איבערגעגעבן און פאר- 
שיידענע לאסטן זײַנע אף זיך גענומען, װי לעמאָשל.. ווינטער אין די 
גרעסטע פרעסט, אין די פארטאָגן, אין אײַזיקע פּאָלאָנקעס זיך טויוולען; 
אלע פרײַטיק, ווען ער פלעגט שנײַדן די נעגל, פלעגט ער זיך פארקוקן 
און אלע פינגער ביז בלוט פארשנײַדן, און אנדערע גרויסע און קליינע 
פּײַניקונגען פון גײַסט און קערפּער, װאָס אזוינע און ענלעכע צו אים 
פרומע לײַט פלעגן דעמלט אף זיך נעמען. 

ער האָט אויך ניט געקוקט אף זײַן גרויס אָרעמקײַט, ---ריישיס, אָרעם 
איבער דעם, װאָס ער איז געווען א מעטופּל, און אויך דערפאר, װאָס די 
שטאָט, די מער רײַכערע און אָנגעזעענסטע באלעבאטים, האָבן, װיסנדיק 
פון זײַנע פריערדיקע קרומע וועגן, אים איצט נישט געגלייבט און קיינער 
האָט אים זײַן קינד נישט אָנגעטרױט, און ער איז געצװוּנגען געווען זיך 
באנוגענען מיט לעצט-אָרעמען און מיט זייער װײיניק; --ער האָט נישט 
געקוקט דערוף, און אויב זײַן װײַב און קינדער האָבן נאָך אָפט װאָס- 
ניט-װאָס באקומען, איז אָבער ער אליין מיט נאָר א מאכאָרקע-ציגאר, ביזן 
בויך ארײַן פארצויגן, דעם טאָג אָפּגעקומען און אזוי אים אָפּנעשטפּט. 
און פארנעמענדיק זיך מיט די וייניק קינדער פון זײַן קנעלונג, וויפל 
ס'איז באשטימט און וויפל א מעלאמעד דארף זיך פארנעמען, האָט ער דִי 
איבעריקע צײַט צװישן די זײַניקע פארבראכט, אף אָנפירן מיט זיי, אף 
שטענדיק זיך געפינען צװוישן זיי, און מיט אלעס, װאָס ער האָט פון 
גײַסטיקער שפּײַז מער געהאט פון זיי, מיט זיי זיך צו טייל 

און אָט, פון אָט די אויסגערעכנטע און ענלעכע צו זיי נישט אויסגע- 
רעכנטע, איז די קליינע איידע דעמלט באשטאנען: א גערוידעפטע און 
פון קאָהאָל דערװײַטערטע, װאָס זעלטן-ווען פון אנדערע איז װוער אמאָל 
צו זי צוגעשטאנען, אויסער, וי שוין אויבן געזאָגט, ס'פלעגט זיך אמאָל, 
פון װײַטן פּוילן געקומען, אן אָרעם באלמעלאָכע-באָכערל מיט א זעקעלע 
געצײַג ארײַנשטעלן, און אויסער אויך, פארקערט אמאָל, א מאָדנער ייַד 
א רײַכער, װאָס האָט זיך פון רײַכקײַט אָפּגעזאָגט, זײַנע אייגענע פאר- 
לאָזט, גוטס און געשעפטן, און, איבער עפּעס אן אינערלעכן בראָך, דאפקע 
צו זיי, צו די אָרעמסטע און פארשטויסענע, ארײַנגעפאלן, 

און אָט צו זיי, צו אָט דער סעקטע, איז אויך לוזי אָנגעקומען. 


100 


אין דער לעבעדיקער שול (מהאָט זי גערופן , לעבעדיקע", נישט 
וועלנדיק זאָגן אף א שול , טויטע?), װאָס איז געשטאנען אויסגעבויט באם 
ארײַנגאנג צום אלטן מיט-שטאָטיקן בעסוילעם און וועלכע האָט מיט אלע 
פענצטער געקוקט צום פּלאץ מיט די מאצייוועס, האלב אין גראָז שוין 
פארגראָבענע, האָט די סעקטע דעמלט איר אָרט פאר איר מיניען אָפּג ע- 
דונגען אָדער זיך אֹײַנגעבעצטן געהאט. 


שאבעס גאנצפרי, ווען די שטאָט איז אונטער דער נאָרװאָס אופגע- 
גאנגענער זון נאָך געשמאק געשלאָפן, זײַנען זיי שוין אין שול צונויפ- 
געזאמלט געווען. 

אלע נאָך מיקווע שוין, מיט נאָך נאסלעכע האָר פון בערד און קעפּ 
ניט געקעמטע: בלאסלעכע פון א גאנצער װאָך שלעכט זיך שפּײַזן, און 
אויך שאבעס --נישט בעסער און פון נישט מער האנאָע: אלע אין די 
איינציקע, נאָר פאר שאבעס אָפּגעהיט-געהאלטענע, קאפּאָטעס פון שווארצ- 
לעכן קאָליר, אָבער, פון יאָרן און לאנג געברויכן, אָפּגעריבן און די 
גרונטיפארב פארלוירן. 

און צװוישן זיי אויך לוזי, װאָס האָט זיך געשטעלט בא אן אָפענעם 
פענצטער, צום בעסוילעם ארויסגעווענדט. ער -- רײַכער פון זיי: אין דער 
זײַדענער קאפּאָטע, און זײַן זומערימאנטל פון מארענגע-ישטאָף מיטן 
קליינעם סאמעטענעם קעלנערל האָט ער אף א שטענדער פאר זיך ליגן 
געהאט: און באלד האָט אים דער גאנצער אוילעם שוין אין טאלעס מיט 
דער זילבערנער אטאָרע דערזען. 


און דאָס האָט אף אלעמען א גרויסן אײַנדרוק געמאכט, װײַל כאָטש 
דער אוילעם איז שטארק מיט זיך אליין איצט באשעפטיקט, װי שטענדיק 
פארן דאוונען, ווען זיי אײַלן זיך, כאָטש קיינער טרײַבט זיי ניט, דעם 
יאָך פון דער ליבער אװוידע אף זיך צו נעמען דאָך האָבן זיי איצט, 
נישט געקוקט אף דער אייגענער פארנומענקײַט, די אויגן אויך פון אף 
לוזין קוקן נישט צוגענומען, און אלע, פאר זיך אליין נישט באװוּסט 
אפילע, צו זײַן זײַט זיך געװענדט --צו זייער שטאָלץ, צו דעם ניַ זײ 
צוגעקומענעם, װאָס, װי זיי האָבן געװוּסט, איז אויך אנדערע, ווען ער 
שטייט צו זיי צו, װאָלטן מיט אים שטאָלצירט. 


און באלד האָט זיך שוין אָנגעהױבן דער געוויינלעכער דאוון-טומל. 
אײַניקע, אף זייערע ערטער שטייענדיק, אנדערע, פון אָרט אף אָרט לויפנ- 
דיק, האָבן זיך װי אינדערלופטן געריסן, װי פון אייגענעם קערפּער זיך 
געװאָלט אָפּטײלן... אייניקע האָבן פאר זיך װי לייטערס געזען און, מיט 
הענט און פיס ציטערנדיק, אף זיי זיך געדראפּעט; אנדערע -- וי װײַטע 
שטרעקעס פאר זיך האָבנדיק, האָבן זיך אהין געריסן, און צו זייער רײַסן 
זיך אהין האָבן נאָר די שול-ווענט געשטערט.. און פון אָט דעם רײַסן 
זיך און קלעטערן איז באלד די שול פול מיט קוילעס געװאָרן--מיט 
לעכצנדיקע, וי פון אוורעמל דעם שנײַדער, לעמאָשל, דעם לאנגן, דארן, 
װאָס פון מויל איז אים שוין טאָמיד א קעלט געגאנגען, נאָר איצט, באם 
דאוונען, האָט ער דאָס לעצטע ביסל ווארעמקײַט פון זיך ארויסגעקריגן, 


101 


און -- אךיאך!-- האָט ער אלע װײַלע אױסגעשריַען אין קרענקלעכער 
אָנמאכט, װוי זיך קוויקנדיק און קוראזש זיך אונטערגעבנדיק. 

מענאכעם דער פארבער האָט, װי א כײַע אין א שטײַג אומלויפנדיק, 
מיט דער אייבערשטער האלב-צעשפּאָלטענער ליפּ די װוערטער, װאָס ער 
האָט אויסגעשר;ען, װי צוריק ארײַנכאפּן געװאָלט, װײַל, װי ס'האָט זיך 
אים געדאכט, האָט ער צו װײיניק כיִעס באם ערשטן מאָל זיי ארױיסלאָזן 
אין זיי ארײַנגעלייגט. 

אנדערע האָבן, וועלנדיק זיך היץ אונטערגעבן, געפּליעסקעט, אייני- 
קע -- מיט א פוס געטופּעט, דריטע -- די קעפּ פאריסן און, װי געקוילעטע, 
געשריִען, און װער ס'האָט גאָר קיין קאָל און קיין קויעך ניט געהאט, איז 
מיטן פּאָנעם צו א וואנט געשטאנען, און מיט שטיל פארדווייקעט ווילדע- 
ניש פאר איר זיך געשאָקלט, -- ווער נאָר מיט א האלבן קערפּער, און װוער 
מיטן גאנצן, און אלע צוזאמען האָבן באגײַסטערטע אלע װײַלע אן אנדער 
פּאָסעק פון די געהויבענע לוױיב-פּסוקים אויסגעשריען: 

-- , זינגט, צאדיקים, מיט גאָט, צו די רעכטפאָרכטיקע איז רעכט די 
לויב"... ,זאָל זײַן דײַן כעסעד צו אונדז, װי מיר האָבן געהאָפט צו דיר?, 
אאוו. 

אלע צוועלף פענצטער זײַנען דעמלט צום בעסוילעם ארויס צעעפנט 
געשטאנען. די נידעריקע, נאָרװאָס אופגייענדיקע זון האָט פון אן עק 
מיזרעך-האָריזאָנט אן ערשטן נאָר פּאס ליכט ארײַנדערלאנגט. די שטאָט 
איז נאָך איר לעצטן שלאָף געשלאָפן, און דאָ, אין דער לעבעדיקער?, 
האָט די קליינע איידע איר סעקטאנטישידערהויבענעם וילדן שאבעס- 
געזאנג שוין געזונגען מיט אזא באגײַסטערונג און אזוי אנציקט פון זיך 
אליין און פון איר אינװײיניקסטן , באװוּסטזײַן", אן דאָס איז זי די 
ערשטע, װאָס איר טפילע גייט צום פרישגעעפנטן הימל אוף, די ערשטע 
הײַנט, אין אָנהײיב שאבעסדיקן טאָג, װי די ערשטע טאָמיד אין אלע 
פארטאָגן; אוביפראט נאָך הײַנט באגײַסטערט, װוען אזא גרויסער גאסט 
צװישן זיי, א נײַ זיי צוגעקומענער, װאַס, דאוונענדיק, האָבן אים אלע אין 
אנ געהאט, װײַל ער האָט זײי מוט אונטערגעגעבן און ליבע צום 
ויב. 

און אָט האָבן זיי אים געזען, װי ער איז געשטאנען מיטן פּאָנעם 
צום אָפּענעם פענצטער, װאָס קוקט צום בעסוילעם ארויס, און אָט --זיך 
אויסגעקערעוועט מיטן פּאָנעם צום שול און צום דאוונענדיקן און דול- 
לויפנדיקן אוילעם, 

אויך לוזי אין אופגעלייגט זייער--פון דעם, װאָס ער האָט הײַנט 
אזוי פרי דאָס באקוועמע געלעגער פון רײַכן ברודערס הויז פארלאָזט און 
איז געקומען אהער, צו אָט דעם שלעכט-געקליידעטן אוילעם, װאָס פון 
גרויס אָרעמקײַט איז אים זײַן בעט נישט טײַער, ס'איז אים לײַכט זיך 
אופהייבן און דאָס פארלאָזן, זיך פעדערן פאר אלע, און פון גאנצפרי 
שוין צו אזא דערהױיבנקײַט פאָרבארײַט און פיייַק. 

ער האָט שוין לאנג דעם טאם פון אזא טפילע ניט געפילט, און פון 
גרויס נאכעס און איבערגעפולטקײַט האָט אים לופט אויסגעפעלט, און ער 


102 


האָט זיך מיטן פּאָנעם צום אָפענעם פענצטער אויסגעדרייט, מיט הארץ די 
וװוערטער אין דרויסן ארױיסגעזאָגט, און דערנאָך, קעדיי נאָכאמאָל פון 
זעלבן אוילעם מיטן זעלבן זיך אָנצונעמען און זיך נאָך מער צו פרייען, 
האָט ער זיך ווידער צוריק צום אוילעם און צו דער שול אויסגעקערעוועט. 
אזוי די גאנצע צײַט אין מעשעך פון גאנצן דאוונען, װאָס האָט היפּש 
געדויערט. 

און אָט האָט מען געענדיקט. און אלע דאוונער, איינע נאָך מיט די 
טאלייסים, אנדערע שוין אָן, מיט אױיסגעטאָנענע, האָבן פריַער איינס דאָס 
אנדערע זיך , גוט-שאבעס? אָפּגעגעבן, דערנאָך לוזין ארומגערינגלט און 
אים אים אונטערגעטראָגן. 

-- גוטישאבעס, גוטישאבעס, -- האָט ער אלעמען אָפּגעענטפערט. 
/דערנאָך האָט מען, װי ס'איז בא זיי דער מינהעג אײַנגעפירט געווען 
געטאנצט. לאנג און ביז פארגעסן זיך, אפן ניכטערן הארצן, מיט הוילער 
פרייד נאָר, װאָס איז זי פונעם דאוונען געבליבן: געטאנצט מיט היץ, מיט 
ברען, די גאנצע איידע קײַלעכיק ארום באלעמער, האנט אין האנט, קאָפּ 
בא אקסל, און איינער פון אנדערן האָט זיך ניט געקאָנט אָפּרײַסן, איינער 
אָן דעם אנדערן האָט װי די װועלט ניט געזען: --אזוי לאנג, ביז דער שא- 
מעס פון די אייגנטלעכע, עמעסע טאקע באלעבאטים פון שול, איז אָנגע- 
קומען, אף דער שװעל זיך באוויזן, דאָס רעדל דערזען, און פון ניט איבערי- 
קער ליבע און פון װוײניק אכטונג צו זיי, האָט שוין, וי טאָמיד, זײַן 
באשטענדיק בייז װאָרט אף די ליפּן ארויסצוזאָגן געהאט: 

-- שיידים... 

ער האָט אָבער דאָס מאָל דאָס ניט ארױיסגעזאָגט: ער האָט צװישן זיי, 
צווישן אלע אים פון לאנג באקענטע, איינעם א נײַעם, א ביז אהער נישט 
געזעענעם, דערזען -- לוזין, דעם הויכן, שטאָלצן, מיט א גרויס האדראס- 
פּאָנעם; דערצו נאָך, נישט װי אלע איבעריקע -- רײַך, אין דער זײַדענער 
קאפּאָטע... האָט ער זיך אופגעהאלטן, אויסגעווארט, און אזוי, אף דער 
שוועל בלײַבנדיק, שפּעטער אויך געזען, װי נאָךְ דעם, װי מע 
האָט דאָס טאנצן אָפּנעשטעלט, האָט מען וידער לזין אין א 
רעדל ארומגענומען און איינער, האָט ער געהערט, האָט א פרעג 
געטאָן: 

-- און ווער נעמט אף שאבעס לווין? 

-- איך, -- האָט זיך דאָס מאָל מיכל בוקיער דער ערשטער, פריִער פאר 
אלע, ארויסגערופן, 


אין יענעם שאבעס איז שוין לוזי אפן גאנצן טאָג מיכל בוקיערס 
אוירעך געווען: -- אף דער שאבעסדיקער סודע אינדערפרי, אפן שאבעס- 
דיקן שלאָף נאָך דער סודע, אפן קורצן שאבעסדיקן שמועס נאָכן שלאָף, 
און אזוי ביז מינכע, ביז ער האָט אים פארנאכט צוריק געבראכט אין 
דער זעלבער שול אף מינכע דאוונען און פאר דער קליינער איידע דער 
,זאָגער" דעמלט צו זײַן. 





103 


מיכל בוקיער האָט געוװווינט װײַט, װי אלע קאפּצאָנים, אוביפראט אזא, 
וי ער: אין עק שטאָט שוין קימאט, , אף די זאמדן", װוּ זײַן גאס, אַדער 
די גאנצע געדריידלטע סיסטעם גאסן דאָרט האָט זיך געפונען, אזש װוּ 
די מאפשיטים האָבן געװוינט, װײַל ס'איז שוין ניט װײַט געװוען פון 
שעכטהויז. 

זײַן קליין נידעריק הײַזעלע, אין א טיפן הויף פארוקט, האָט מיט די 
פענצטער פון איין זײַט אין א לידיקן גאָרטן ארויסגעקוקט, מיט א 
נישער פון שלעכט-פארזייטן גאָרטנווארג און מיט איינעם א בוים, סאָ- 
פעק ווערבע, סאָפעק אנדער מין, װײַל קיין בלעטער האָט ער שוין קימאט 
ניט געהאט; אויסגעבויגן, זײַן מיט שטאם געעפנט, געל מויל-מעל האָט 
זיך פון זײַן צעפוילעניש געשאָטן, און נאָר מילבן פלעגן אף אים בא- 
שטענדיק מיט מילבישער באשעפטיקונג אראָפּ און ארופגיין. 

לוזי האָט באדארפט גוט אײַנבײגן זיך, קעדיי דורך דער טיר פון 
פאָרהײַזל אין שטיבל ארלינצוגיין, 

אינװייניק אין שטיבל -- צוויי צימערלעך. אין איינעם דער אויוון. 
אינעם זעלבן --א טיש מיט צוויי בענק, װוּ ער, מיכל בוקיִער, קנעלט 
מיט די קינדער און װוּ איצט און קעסיידער איז אויך דער קאָךְ- און 
עס-צימער. נאָך איינס דערבײַ, נאָך א קלענערס --א שלאָפצימער. 

דערבײַ א װײַב מיט פינף קינדער. דאָס װײַב--א לענגלעכע ייִדענע, 
מיט א שטענדיק-צעעפנט ברייט מויל. דאָס עלטסטע פון די קינדער, א 
מיידל, א געלבלעכע און מיט קלײַען. צוויי נאָך איר, שוין היפּשלעכע 
ייַנגלעך פון 14--16, ארבעטן שוין, איינער בא אן אײַנבינדער, דער 
צווייטער דרייט א ראָד בא א שלײַפער, די איבעריקע צוויי נאָך קליינע, 
א ייַנגעלע מיט א מיידעלע. 


אָט די גאנצע מישפּאַכע איז איצט געװוען באם טיש אויסגעזעצט. בא 
דעם טיש, בא וועלכן מיכל בוקיִער פלעגט פריַער, איידער ער איז צוגע- 
שטאנען צו דער סעקטע, אלע אפדערנאכט בא א דרײַער לעמפּעלע זײַנע 
כיבורים שרײַבן, פון וועלכע ער האָט זיך איצט אָפּגעװאָרפן;: בא דעם 
טיש, בא וועלכן איצט טרעפן מיר אים מיט זײַנע טאלמידים אמאָל לער- 
נען טאנאך, דערהױפּט זײַן באליבטן סייפער , איַעװו", וועלכנס שלעק און 
יעסורים ער פילט אף זיך און נעמט זיי קעסיידער אָן װי פאר זײַנע; 
און לערנענדיק, זעען זײַנע טאלמידים אים אָפט וויינען ---די װיִעס װערן 
אים רויט, און אף זײַנע באקן רינט א טרער פון איעווס און זײַנע בע- 
שוטפעסדיקע יעסורים און פון זייער צוזאמענדיקן דעם טאָג שעלטן 
,יאבד יום אולד בו"--זאָל פארלוירן וערן דער טאָג, אין וועלכן איך 
בין געבוירן געװאָרן. 

בא דעם טיש איז איצט די גאנצע מישפּאָכע אויסגעזעצט געווען, מיט 
מיכל בוקיער אליין און לוזין, דעם כאָשעוװון אוירעך, בעראָש. 

בלאסע כאלעס, װאָס דער קאפּצאָנישער אויוון האָט שלעכט אויסגע- 


104 


באקן, האָבן באשײַנט דעם אָרעמען טיש, מיט א גראָב-לײַװנטענעם טיש- 
טעך געדעקט. 

די מײַכאָליִם, װאָס זײַנען דערנאָך צום טיש אופגעגעבן געװאָרן 
זײַנען פון א ,קאלטן מאלעך" געקאָכט געװאָרן, און דעריקער, אף שלעכטן 
האָלץ, װאָס מע האָט נאָך דערצו געזשאלעוועט. 

לוזי האָט זיך אָבער זייער גוט געפילט. ער האָט געװוּסט, אז בא 
זײַן רײַכן ברודער מוישען, אינעם גראמען לופטיקן עסצימער, מיט אלע 
פענצטער אין הויף ארויס צעעפנט, ווארט אף אים איצט א שטול, אױבנאָן 
לעבן זײַן ברודערס טיש, מיט גרויס הארכאָווע, געשירן און פּוץ: און 
דאפקע דערפאר איז אים איצט אָט די פארדומפּענע לופט פון דעם אָרע- 
מען שטיבעלע, דאָ באם אָרעמען מעלאמעד, מיט דער סטעליע אפן קאָפּ, 
מיט די נידעריקע פענצטערלעך, װאָס װערן זעלטן אף לופט געעפנט, ליב 
געװען: אויך די אָרעמע מײַכאָלים, דער גראָבער לײַװנטענער טישטעך 
מיט דעם גראָבן זאלץ און מיט די געמיינע שטשערבאטע און קאליקע- 
וואטע טעלער און גאָפּלילעפל. 

ער האָט זיך געפילט גוט, אזוי גוט, אז ער געדענקט שוין ניט, ווען 
זײַן שטענדיק-געשלאָסענע נאטור זאָל זײַן אזוי אופגעבונדן: אזוי, אז ער 
איז איצט גרייט געווען אָט די גאנצע אָרעמע מישפּאָכע מיטן אָרעמען 
שטיבעלע מיט אלץ ארומצונעמען, אין זיך ארײַנצונעמען. 

ער האָט אפילע בא זײַן באלעבאָס, בא מיכל בוקיער, וועמעס אוירעך 
ער איז איצט געווען און בא וועמען ס'איז זעלטן-זעלטן צו טרעפן אפן 
פּאָנעם און אין די אויגן א מינדסט, אפילע עטװאָס, װאָס דערמאַנט אין 
פרײילעכקײַט, איצט יאָ פרײלעכקײַט און אפילע מער פון פרײלעכקײַט 
ארויסגערופן -- דערמיט, װאָס ער האָט זיך צו די קינדער, צום גאנצן 
הויזגעזינד פאר דער וייניקער צײַט, װאָס ער האָט דאָ אין שטיבעלע 
און בא דער סודע פארבראכט, אזוי היימיש זיך געשטעלט, אזוי ניט 
געצװוּנגען, ניט אָנגעצויגן, אז די שטוב, -- האָט זיך אלעמען געדאכט, -- 
איז װי עפּעס העכער, גראמער געװאָרן און וי נאָר מיט לוזין פול, 
און דאָס שװוער-װאָכעדיקע, װאָס הענגט טאָמיד, װי א רוט, אף אָט דער 
שטוב און דריקט אפילע אום שאבעס, האָט זיך איצט אָפּגעטראָגן און 
פארשוווּנדן. 

לוזי מיט מיכלען מיט די עלטערע ייִנגלעך האָבן געזונגען זמירעס, 
און די פרוי, דאָס מיידל און די ייִנגערע קינדער האָבן, פון האנאָע פאר- 
געניגטע, צו זיי זיך צוגעהערט. 

מע האָט אָפּגעבענטשט. קינדער זײַנען ארויס אין דרויסן, און עלטערע 
האָבן זיך צוגעלייגט. אויך לוזי, 

נאָכן שלאָפן האָט די פרוי אין גאָרטן ארויס שאבעס-אויבסט און בארן- 
קוואס ארוױיסגעטראָגן; אויך א באנק געבראכט אונטער דעם אויסגעהוילטן 
בוים מיט די װייניק בלעטער, װאָס מוילימעל האָט זיך פון זײַן צעפוי- 
לעניש געשאָטן, און װוּ נאָר מילבן זײַנען באשעפטיקטע אף אים אוף 
און אָפּ געגאנגען, 
לוזי האָט זיך אפן בוים, אפן אָרעמען גאָרטן און אפן נישער פונעם 


105 


שלעכט-פארזייטן ארומגעקוקט. ער האָט געװוּסט, אז צו זײַן ברודער אין 
הויף קומט מען איצט פון גאנץ שטאָט, יונג און אלט, שפּאצירנדיק, פון 
זײַן ברודערס ברונעם צו טרינקען. די שטאָט איז אין ענגשאפט.. שא- 
בעס, זומער, גייט מען אין װײַט אָפּגעלעגענע גאסן שפּאצירן, וי אין 
זײַן ברודערס, לעמאָשל. די פאָרטקע פון טויער שטייט אָפן, מע גײט 
ארײַן און ארויס, אלץ פרעמדער אוילעם פון שטאָט. מיכאלקע בורטשעט, 
װאָס מע מאכט אים אָן א נעץ באם ברונעם, אָבער זאָגן, אָנשרײַען אף 
עמעצן איז אים פארבאָטן. און זײַן ברודערס בניי-באיס געפינען זיך אין 
גאָרטן, נאָר אף אנדערע בענק און אונטער אנדערע ביימער, װי ער מיט 
מיכל בוקיער דאָ.. 

דאָך איז אים דאָ גוט און סאָטעמט זיך אים פרײ, און אן אָפנהאר- 
ציקער און גוטמוטיקער שמועס פארבינדט זיך צװישן אים און מיכלען 
מע שמועסט אופגעלייגט-לײַכט, פריִער פון אייגענע איניאָנים, פון זיך 
אליין צו ביסלעך, דערנאָך פון זייער איידע, פון איר שטאנד און צו- 
שטאנד, פון יעדן אינציקן מיטגליד אירן באזונדער. און ביידע, סײַ 
לוזי, סײַ מיכל, צופרידענע אף דער באנק פארברענגען ביז זיי בא- 
מערקן, אז ס'איז שפּעט: דער שטאם פון בוים איז העכער האלב שוין אין 
טונקל, נאָר די סאמע הייך און די קרוין, װאָס אָן בלעטער, איז מיט 
פארנאכטיקער זון געקרוינט, און זיי שטייען אוף און זאָגן זיך: 

-- צײַט צו מינכע, 

און אָט זײַנען זיי, נאָך לאנגן צוריקגיין, צוריק אין דער זעלבער 
שול, וי אינדערפרי געווען. 

װײַטער דער זעלבער אוילעם, נאָר נאָכן שאבעסדיקן טאָג אויסגערוטע, 
אף װײַטער, װי אינדערפרי, צו דאוונען און וידער אף זייער אויפן 
גרייטע צו ווילדעווען. 

ס'הערט זיך א ברום אינעם פארמינכעדיקן פינצטער אין שול, וי 
פון עפּעס כײַעס, װאָס קאָנען אלעמאָל אומגעריכט מיט קוילעס ארויס.. 
זיי האלטן זיי נאָך דערװײַל אין זיך, אין די בײַכער, אָבער אינװײיניק 
גאָרגלט, גולגעט, ברומט, און באלד, מעגלעך, װעלן זי זיי אויך מאכן 
הערן. 

מע דאוונט ווידער מיט אן אומגעלויף, װוידער מיט א וילדן שאָקלען 
זיך, װוידער קוילעס און אָכצנדיק קוויקעניש, נישט װי בא אנדערע, און 
וי דער שטייגער שטענדיק בא שאבעסדיקער מינכע, װוען דער טאָג 
אראָפּגעלאָזט און א טרויער פון צעשיידן זיך מיטן שאבעס, פאר אן 
ערעוו-קומענדיקער פּראָסטער װאָך, הערט זיך אין די טפילע-ניגונים. ניין; 
די צעשיידן זיך ניט מיטן שאבעס, זיי האלטן אים אײַן, און װי א גאנצע 
װאָך בא זיי שאבעס. 

,דו ביסט איינער און דײַן נאָמען איז איינער, און ווער נאָך, װי 
דײַן פאָלק ייַסראָעל -- איין פאָלק אף דער וועלט!, -- האָט מען אויך איצט 
מיט דער זעלבער היץ-באגײַסטערונג, װי אינדערפרי די אינדערפריעדיקע 
טפילעס, געזונגען. 

און אז מ'האָט אָפּגעדאװנט, האָט מען װידער, װי דער מינהעג אין 


106 


און װי סע פירט זיך בא זיי טאָמיד, שוין ווען פינצטער, בא צויי 
צונויפגערוקטע טישן אין מײַרעװו-וואנט פון שול דעם שאלעסודעס גע- 
פּראוועט. מיט הוילער נאָר כאלע מיט זאלץ, מיט פריִער זיך וואשן און 
דערנאָך בענטשן, און אינמיטן דער סודע מיט עפּעס עמעצן ,זאָגן" מע- 
כאבעד זײַן. 

דאָס מאָל האָט דעם קיבעד, נאטירלעך, באקומען לוזי, און ער איז 
גלײַך מיט זײַן װאָרט ארויס --פון דער איבערגעפולטקײַט א שטארק 
באגלייבטן אוילעם פאר זיך האָבנדיק, בא צוויי לאנגע טישן פון ביידע 
באזעצטע, 

פון איין זײַט, האָט ער געהאט שאָלעם דעם טרעגער מיט זײַן גרויסן 
גוף, אין דער נישט-געוווינטער פאר אים קאפּאָטע; און פון דער צווייטער 
זײַט --דעם לאנגן, דארן אוורעמל דעם שנײַדער, דעם פּארשוין שין 
קימאט אָן א גוף, מיט א זייכער נאָר פון קערפּערלעכקײַט. און װײַטער, 
אין דער גאנצער לענג פון טיש, די איבעריקע צו זי ענלעכע, אלע קי- 
מאט פון איין גוירל, מענטשן פון גרויס אָרעמקײַט, פון די מינדסטע הא- 
נאָעס פון דער װעלט קיין האנאָע נישט האָבנדיק און פון באנוגענען זיך 
מיטן מינדסטן, 

און לוזי האָט וועגן דעם טאקע, אין וועלכן זײַן גלייביקיגעגארטער 
אוילעם האָט זיך אזוי שטארק גענייטיקט, איצט זײַן װאָרט געהאט: וועגן 
באנוגענען זיך מיט װוייניק, און אויך אינעם ווײיניק די פרייד און דעם 
זינען געפינען, 

פון נישט געװווינט זײַן צו ,זאָגן", איז לוזין דאָס ריידן אָנגעקומען 
שווער, דערפאר אָבער באהארצט, און װאָס אמאָל האָט ער די ווערטער 
װי פון אלץ א גרעסערער טיף ארויסבאקומען, און אלע אויגן און קעפּ 
פון די באם טיש זיצנדיקע זײַנען צו אים געװוענדט געווען, און אלע װײַ- 
לע האָט זיך א זיפץ פון האנאָע פונעם געהערטן פון צװישן אוילעם 
ארויסגעהערט, 

אליין אפילע דער שאמעס פון שול, װאָס, װי געזאָגט, האָט ער צו 
יענע לײַט קיין איבעריקע ליבע ניט געפילט און גאָר װייניק אכטונג, 
וועלכער איז איצט צו מײַרעװ-דאװונען אין שול אינמיטן ריידן אָנגעקו- 
מען, -- אויך ער, װאָס זעלטן-װוען האָט ער זיך אמאָל צו די רייד פון 
זייערע , זאָגערס?" צוגעהערט, האָט איצט, --דערהערנדיק דעם פרעמדן, 
שטאָלצן ייִדן, וועלכן ער האָט נאָך אינדערפרי אױסגעטײלט און בא- 
מערקט, -- האָט, ניט געקוקט אף זײַן אומאכטונג, אן אוער צוגעלייגט, 
איז אף זײַן אָרט געבליבן און אין זײַן אמט, אין זײַן שאמאָסערײ, און 
אז ס'איז שוין שפּעט, און אז שוין צײַט מײַרעו צו דאװונען פארגעסן 

און לוזי האָט זײַן איידע, װאָס האָט זיך, א צונויפגעדריקטע, אין 
שאבעס-פארנאכטיקן פינצטער געפונען, פון איר פינצטערער וירקלעכ- 
קײַט געװאָלט ארויסנעמען, פאר איר א וועג באלויכטן, און אף װײַטער 
גלויבן און אין איר דעם ביטאָכן צו שטארקן. און דער שאמעס, װאָס איז 
בא א זײַט געשטאנען, האָט געהערט, וי נאָך דעם, װי לוזי האָט פיל 
גערעדט וועגן עמעסע און פּוסטע רײַכקײַטן, ועגן עמעסע, װאָס מע 


107 


דארף זיי װײַט ניט זוכן, מע געפינט זיי אין זיך, און װאָס, אז מע דער- 
ווערבט זיי, האָט מען זיי און מע איז מיט זיי זיכער אף דער-וועלט און 
אף יענער-װעלט; און וועגן פּוסטע, װאָס פּוסט, װאָס מע יאָגט זיך נאָך 
זײי, וי נאָך א שאָטן, און װי א שאָטן פארשווינדן זיי און נישט בלײַבן, -- 
האָט ער לעסאָף נאָך, קעדיי. זײַנע רייד צו פארשטארקן, פאר די זי- 
ניקע א מאָשל פון אן אלטן סייפער געבראכט און מיט אים אויך זײַן 
רעדע פארענדיקט. 

-- אמאָל, -- האָט ער זיי צום לעצט דערצײלט,--װערט אין יענעם 
סייפער געבראכט, -- איז געווען א פּאָרעש. װי נאָר ער איז פּאָרעש גע- 
װאָרן, אזוי האָט ער זיך אװעקגעלאָזט אין א װײַט לאנד צו זוכן פּאר- 
נאָסע. איז ער אָנגעקומען אין איינער א שטאָט פון יענעם לאנד און האָט 
באגעגנט א געצנדינער. זאָגט צו אים דער פּאָרעש: וי נאריש איר זײַט 
און פארבלענדט, װאָס איר דינט צו די אָפּנעטער. זאָגט אים דער געצנדי- 
נער: נו, און איר צו וועמען דינט?--- מיר, -- האָט געענטפערט דער פֹּאַי 
רעש, -- דינען צו דעם, װאָס שפּײַזט אלעמען, דערנערט אלעמען און װאָס 
צו אים איז קיין שום גאָט ניט קיין גלײַכן --איז אויב אזוי, --האָט 
געזאָגט דער געצנדינער, -- צעגייען זיך און זײַנען זיך סויסער אײַערע 
ווערטער מיט אײַערע מײַסים. -- פארװאָס? --האָט געפרעגט דער פֹּאַ- 
רעש. -- דערפאר װײַל וען דאָס, װאָס דו זאָגסט, װאָלט טאקע געוען 
עמעס, װאָלסטו דאָך פארשפּאָרט גיין אין אזא װײַט לאנד צו זוכן דײַן 
פּארנאָסע, װאָלסטו זי דאָך געפונען אין דײַן אייגענער שטאָט און אין 
דײַן אייגן לאנד. -- דאָ האָט דער פּאָרעש נישט געהאט װאָס צו ענטפערן. 
ער האָט זיך אומגעקערט און איז שוין מער פון זײַן לאנד ניט ארויסגע- 
גאנגען און אף זײַן גאנץ לעבן שוין דאָרט פּאָרעש פארבליבן. 

דאָס דער מאָשל, און דער נימשל איז קלאָר געווען, און לוזי האָט 
אים שוין פארשפּאָרט צו דערקלערן. 


8 8 8 


ס'איז שוין געקומען דער כוידעש עלעל. אין יענעם כוידעש איז אײַנ- 
געפירט געווען, אז יעדער איינער פון דער סעקטע האָט באדארפט פאר 
א צווייטן, אליין נאָר אינצווייען ערגעץ אין א וינקל בלײַבנדיק, פון 
אלץ, װאָס פאר א גאנצן יאָר ס'איז געשען מיט אים, פארן אנדערן רע- 
כענונג אָפּגעבן און זיך מיסוואדע זײַן. 

און אָט, אין איינעם אן אפדערנאכט, שוין שפּעט נאָך מײַרעו, ווען 
אלע זײַנען זיך שוין געהאט צעגאנגען, איז אין דער אויבן דערמאָנטער 
,לעבעדיקער? שול פון אלע פריִער דאװנענדיקע צויי נאָר מענטשן 
פארבליבן. דאָס זײַנען געווען מיכל בוקיער און לוזי. 

לוזי, אין שפּיגליבאנק פאר א שטענדער זיצנדיק, האָט מיכלען פאר 
זיך א שטייענדיקן געהאט ---אין אזא לאגע, װי מע שטייט פאר א לערער, 
פאר א װעגװײַזער און פאר א זעלישן געװויסנס-ריכטער: אין גרויס 
האכנאָע, און וי גרייט אלע זײַנע, פארן גאנצן יאָר פארשלאָסענע, שופ- 


108 


לאָדן ארויסרוקן און צעעפענען, -- יענער זאָל אלץ, װאָס דארף אנטפּלעקט 
זײַן; אָפן זען, און אויך די מעגלעכקײַט האָבן, אב ער װעט װעלן 
אליין זוכן, זיך גראָבן און אלץ דאָרט איבערקערן, װאָס ער װעט צו זײַן 
פאָרשן און ריכטן דארפן. 

די גאנצע שול שוין דעמלט פינצטער. און נאָר דאָס אָרט, װוּ די 
צוויי דערמאָנטע פארבליבענע האָבן זיך געפונען, איזן פון איינעם אן 
אראָפּהענגענדיקן שוואך-ברענענדיקן לאָמפּ אין מיזרעך באלויכטן גע- 
ווען. -- דאָך -- ווער ס'װואָלט דעמלט אפילע װײַטלעך אין מײַרעװ, מיטן 
פּאָנעם נאָר צו מיכלען געװענדט, געשטאנען, װאָלט געזען, װי מיכלס 
װיַעס רויטלעך, װי טאָמיד, בעשאסן לערנען איעוו, ער ווערט פון איִעווס 
דערהויבענע פּײַן און לייד דערווארעמט. איצט נאָך מער: ער האָט גע- 
וויינט, און איבער זײַנע הארטע באקן זײַנען אין דער מאט-מעשענער 
באָרד און אין די װי סטערניע אויסזעענדיקע האָר טרערן גע- 
רונען. 

און לוזי א שטרענגער: ער האָט, מײַסע ריכטער און פאָרשער, אינעם 
שולדיקנס געעפּנטקײַט איצט ארײַנגעקוקט, געשויגן, אויסגעהערט און 
װי אלץ מער און מער בא אים זיך אופצועפענען געפאָדערט. 

און מיכל האָט, אזוי שטייענדיק פאר לוזין און זיך מיסוואדע זײַענ-י 
דיק, דערציילט: 

-- ער איז מיט א פּגאם.. ער איז פון א שװערער האנט אָנגערירט, 
און וויפל ער האָט זיך ניט געמיט און מיט זיך אויך איצט ניט צו זײַן 
פריערדיקן גלויבן קומען, גיט זיך אים ניט אײַן. א קלאָלע! ער איז װי 
ערגעץ אינעם סאמע אינװייניקסטן געשלאָגן. ער פילט, װי פרעמדע ווינטן 
גײען אום אין זײַן ביניען; ס'דאכט אים, אז אָט-אָט װעלן זיי זײַנע טירן 
און לאָדן צעעפענען, אלץ װעט װערן העפקער, און ער װעט װערן אויס 
באלעבאָס אף זײַן אייגנס און דערװאָרבנס; פון זײַן הויכער, מיט גרויס 
שװעריקײַטן אים אָנגעקומענער, מאדרייגע װעט ער באלד אף אונטן 
אראָפּנעשלײַדערט זײַן, און װי א הונט אף א קייט, פון א פרעמדן קויעך 
מיטגעשלעפּט װערן אהין, װוּהין דער פרעמדער קויעך װעט אים דארפן 
און װעלן. 

וויי, װי ער ראנגלט זיך! װאָס ער האָט שוין ניט איבערגעטאָן, וויפל 
פּײַניקונגען פון גוף און נעפעש שוין -- און ס'העלפט ניט. 

ער איז זיך מױידע: קיין איין מענטשלעכע טײַװע האָט ער נאָך נישט, 
וי ס'באדארף צו זײַן, געבראָכן. פארקערט, -- פון זיי געבראָכן, באצוווג- 
גען און טאָמיד אין געפענקעניש. וי אָט: די טײַװע פון לײַב, לעמאָשל, 
וװוערט בא אים מיט יאָרן און מיט עלטער ניט געשטילטער, נאָר, פאר- 
קערט, נאָך שטארקער. אז ער גייט אין גאס, מוז ער די אויגן אראָפּ 
האלטן, קעדיי גאָרניט צו באגעגענען, גאָרניט צו זען, אָבער ס'קריכט 
אים, װאָס מע טאָר נישט, וי פון אונטער דער ערד ארויס און מאכט אים 
זען און זינדיק... ס'דערגייט אזוי װײַט, אז ער זעט פאר זיך טאָמיד 
הוילע, נאקעטע נאָר, װאָס זײַנען אים אפילע אינמיטן טפילע און לערנען 
מעוואלבל און מאכן אים אזוי אופציטערן, קימאט ביז אויסן.. 


109 


דאָסגלײַכן מיט אנדערע טײַװעס, וי די, לעמאָשל, צו געלט, צו 
קאָװעד, צו קינע, סינע אא. : 

ערגער אָבער פון אלץ איז די נעטיע זײַנע אין אלץ צו ליקענען 
יענע נעטיע, װאָס דערגייט בא אים ביז דער גרעסטער לײַדנשאפט און 
װאָס ברענגט מיט זיך פארשיידענע פאר אים פאָלגן: אָדער ער דערפילט 
זיך מיטאמאָל פּוסט, אויסגעהוילט, גלײַך דאָס גאנצע כיעס איז פון אים 
ארויס, ס'ווערט אים אלץ אלציינס, און גלײַך אלע פעדעם מיט דער 
וועלט און מיט דעם, װאָס פירט אָן מיט דער וװעלט, װערן בא אים 
איבערגעריסן, און ער גייט ארום וי אין אוילעם-האטויהו; אָדער אן 
אנדערשמאָל, פארקערט, פילט ער, גלײַך װי א ווילדער דולער װאָלט אין 
אים געזעסן, וועלכער מאכט אים גוואלדיק אומרויַק, ברענגט אים צו 
וועלן פארדארבן און צו צעשטערן און אלע צוימען אופצוברעכן.. 

שוין אָפּגערעדט פון אזוינע , קלײניקײַטן, װי טאָמיד שאבעס, אז 
ער שטייט פאר א ברענענדיקער ליכט, יל ער זי פארלעשן. ערגער-- 
װי אז ער איז אליין אין שול, װוילט זיך אים אָפט צולויפן צום אָרנקוי- 
דעש, דעם פּאָרױכעס אראָפּרײַסן און, כאסכאָלילע, די , רײניקײַטן? אף 
דער ערד אראָפּווארפן. ערגער, ערגער --ער קאָן דאָס גאָר פארן מויל 
ניט ברענגען ---נאָר ס'האָט זיך שוין אויך געמאכט, אז ער האָט געהאלטן 
א מעסער באם האלדז, זיך געװאָלט פון דער-וועלט און פון יענער-וועלט 
אומברענגען: קלוימערשט, פאר דער מוירע פארן לייקענען, אָבער װאָס 
אינדערעמעסן איז דאָס דאָך אליין די גרעסטע פון דער גרעסטער לייקע- 
נונג... און דאָס אלץ איבער זײַן אינװייניקסטן צעשטערער און פארדאר- 
בער, װאָס ער זעט אמאָל א פארשטעלטן, וי אן אָרעמאן, בא זײַן שװעל 
בעטן, און אמאָל װי א כײַע אף דער דרױסנזײַט פון זײַן טיר הויערףן 

און װאָס זאָל ער טאָן, און װאָס פאר אן אייצע זאָל ער זיך געבן? 

און דאָ איז ער אף א װײַלע אנשוויגן געװאָרן, מיכל, און לוזי האָט 
אף אים, קעדיי אים ניט צו פארשעמען, נישט געקוקט, און דאן האָט ער 
װײַטער פאָרגעזעצט און דערציילט: 

און אָט: אז ס'ווערט אים אמאָל ענג, אין שװוערע צײַטן וען, גײט 
ער, װי אלע זייעריקע, װי באװוּסט, אפן , פעלד" אף באנאכט אפן שטאָ- 
טישן באװוּסטן צאדיקס קייווער צו נעכטיקן, קעדיי דאָרט, אין לערנען 
און אין וואך-זײַן, די מאכשאָװעס צו לײַטערן. און אלעמען, װי באװוּסט, 
העלפט ער, און אים -- אויך דאָס ניט. 

און דאָ מוז ער אים דערציילן פון איינעם א לעצטן מאָל, װאָס ס'האָט 
מיט אים ערשט ניט לאנג, נאָך הײַנטיקן זומער, אפן קיווער דאָרט 
געטראָפן. 

ס'גרוילט אים נאָך איצט, זיך דערמאָנענדיק, אָבער ער איז זיך דאָך 
מיסוואדע און ער מוז אלץ דערציילן, און ס'טאָר בא אים קיין פארהוילנס 
ניט בלליבן, 

ער האָט זיך, װי דער שטייגער, שוין שטארק שפּעט אין אָװנט, ווען 
קיין איינציקער נעפעש איז אפן , פעלד" נישטאָ, אהין, אין מײַערל, ארליג- 
געשטעלט. ס'האָט נאָר, װי טאָמיד באנאכט דאָרט, געברענט איינס א לעמ- 


4 110 


פּעלע, פון מײַערלישאמעס געלאָזט. ער האָט זיך גענומען לערנען, מיטן 
סייפער פארן לעמפּעלע שטייענדיק, לאנג, לאנג און אף שאָען גאנצע, ביז 
ער איז מיד געװאָרן און איז א שטייענדיקער, װײַזט אויס, אזוי אנשלאָפן 
געװאָרן. און דעמלט האָט זיך אים געכאָלעמט: 

ער האָט אופגעהויבן די אויגן און דערזען: די שטאָט, די גאנצע שטאָט, 
אן איבערגעקערטע: דער מארק מיט די קלייטן, די גאסן מיט אלע הײַזער, 
שולן און באָטעמעדראָשים ---אלץ אים איבערן קאָפּ הענגט, און נאָר דער 
קלויסטער איז אף זײַן אָרט געשטאנען. דאָס איבערגעקערטע, פריַער נאָר 
איבערגעקערט, אָבער גאנץ, ניט גערירט, דערנאָך האָט זיך אלץ גענומען 
שיטן: סכוירעס פון קראָמען, כפייצים, זאכן פון שטיבער און הײַזער, פון 
באָטעמעדראָשים אלע הײליקײַטן און רײניקײַטן -- אף דער ערד צו 
פאלן און אין איין בארג און אין איין אָנגעהױפנטקײַט אלעס. ס'א שטויב 
און פארשטעלעניש געװאָרן, און מע האָט ניט געזען גאָרניט; נאָר באלד, 
וויי, האָט ער דערזען, װי אויך מייסים פון די קװאָרים פאלן -- ווידער 
אפן זעלבן בארג און אף דער זעלבער אָנגעהױפּנטקײַט, און נאָר דער קלוי- 
סטער איז אלץ אף זײַן אָרט, װוּ געשטאנען, געבליבן. 

און א פּײַער האָט זיך פּלוצלינג געוויזן פון בארג, װוּ אלץ האָט גע- 
נומען ברענען, און זיך אליין האָט ער בא א זײַט פון בארג געטראָפן, מיט 
א לאנגן שטעקן אין האנט, און װאָס פאר א זאך, -- א נישט הײליקע 
אָדער יאָ הײיליקע, -- ס'איז געלעגן װײַטער פון פּײַער, האָט ער צוגע- 
שארט, קעדיי דעם פּײַער שפּײַז צו געבן, ס'זאָל אלץ ברענען און גאָרנישט 
ניט אין דער זײַט בלײַבן. 

און דאָס פײַער האָט זיך געשטארקט. שטוב-זאכן, סייפערטוירעס און 
ביינער האָבן געקנאקט, גערייכערט און געטשאדעט, און ער אליין בא 
דער זײַט האָט אלץ מער און מער אונטערגערוקט. 

ער האָט זיך אומגעקוקט און פארװוּנדערט: װאָס טוט ער דאָ? בא אזא 
זאך װי קאָן ער גאָר בלײַבן, ביפראט נאָך מיט אייגענע הענט אזוינס צו 
טאָן, אזוינס אף זיך נעמען? -- און ער איז פאָרט ניט אָפּגעגאנגען, פאָרט 
געבליבן, דעם שטעקן ניט אוװעקגעלייגט, געשארט, און דער גרויסער 
אומגעהייערער פארשוועכונג א געטרײַער און װי א געדונגענער געדינט. 

און דאָס פּײַער האָט זיך נאָך מער געשטארקט. און קוילעס, װי פון לע- 
בעדיקע, האָבן זיך פון דאָרט ארויסגעהערט, און ער מעג שווערן, אז זײַן 
נאָמען האָבן די קוילעס אויסגעשריען און אים אף טאָמיד זײַן לײַב און 
זײַן געביין אף אלע אײביקײַטן פארשאָלטן. ביז זיי זײַנען אײַנגעשטילט 
געװאָרן, די קוילעס, דאָס פּײַער -- אויס, און פון אלץ איז אש געװאָרן, 

און דעמלט, וויי, האָט ער פּלוצעם פונעם שטיין-געבליבענעם קלויסטער 
ארויס, פונעם ארײַנגאנג-טויער זײַן צעפּראלטן, אים,. זײערן, דעם 
נאָצרי: זיך באװײַזן דערזען, װי טאָמיד וי זיי מאָלן אים: מיט א הוילן 
קאָפּ, אין א לאנגן פּאָלע-מאנטל, באָרװעס און װי א פּאסטעך פון שאָף 
האָט ער אויסגעזען. און ער האָט טאקע פאר זיך א גרויסע טשערעדע 


יעזוס. 


111 


געהאט, ער -- הינטער איר, און א גרויסע טשערעדע פאָרויס, און די 
טשערעדע איז פון שאָף, האָט זיך אים לעכאטכילע אויסגעוויזן, דערנאָך 
פון מענטשן, א מאסע... א מאסע... און נאָר ער (מיכל) איינער פונװײַטן, 
און ס'איז אים אן עלנט באפאלן, װאָס ער בא א זײַט, און ס'האָט זיך אים 
זיײיער צושטיין געװאָלט, און אן אינערלעכער שטארקער כיישעק האָט אים 
אַנגעכאפּט, און דערצו נאָך האָט ער, וי פון ערגעץ, א װוּנק אף צוצושטיין 
באקומען, און ער איז צו דער טשערעדע צו. 

און פּלוצלינג האָט ער זיך דערזען לויפן װי א הונט פאר דער טשע- 
רעדע, -- א פּאסטעך-הונט און, דאכט זיך, מיט א מין קרוינדל אפן קאָפּ, -- 
פאָרויס לויפן און שרײַען, וויי: 

-- א ווארע, א ווארע פארן הײליקן פּאסטעך און פאר דער באגלויב- 
טער טשערעדע... 

און דאָס דערציילנדיק, האָבן זיך שוין מיכלען פון די אויגן אין באָרד 
ארײַן טרערן געגאָסן, און אויך לוזי האָט זײַן פריַערדיקע רו, פון בע- 
שאס זיצן און אויסהערן, פארלאָרן: ער האָט זיך פון אָרט א הייב געטאָן, 
מיכלען אליין פארן שטענדער שטיין געלאָזט, און ער אלין האָט, א 
שטארק צעשטרייטער און אופגערעגטער, עטלעכע טריט אין מיזרעך-זײַט 
אף א געוויסער שטרעקע הין און צוריק דורכגעשפּאנט. דערנאָך איז ער 
ווידער געקומען צו זײַן אָרט, װוּ ער איז פריִער אלס גײַסטיקער מומכע, 
אף מיכלס אלע גײַסטיקע קרענק אויסצוהערן, באפולמעכטיקט געזעסן, און 
א גרויסע פארװוּנדערונג איצט אֹף זײַן פּאָנעם, און אָט די פארװוּנדערונג 
האָט ער מיט א שטומען אקסל-צוקן אויסגעדריקט און אויך מיט אייניקע 
האלבע ווערטער פון זײַן מויל ארויסגעבראכט: 

-- אזוי, אזוי, אזוינע כאלוימעס גאָר... 

און מיכל האָט איצט, נאָכאמאָל פאר זיך לוזין א צוריקגעקערטן האָבנ- 
דיק, פאָרגעזעצט: 

-- און דעמלט, ווען ער האָט זיך װי א הונט פאר דער טשערעדע לויפן 
און שרײַען דערזען, האָט ער זיך פּלוצעם דערשראָקן.. דער סייפער, 
װאָס ער איז מיט אים, אין די הענט אים האלטנדיק, אנשלאָפן געװאָרן 
איז אים פּלוצעם אף דער ערד אראָפּגעפאלן, און ער האָט זיך אופגעכאפּט 
און דערזען, װוּ ער געפינט זיך. 

און דאָ האָט זיך געעפנט די טיר פון מײַערל און דער באשטענדיקער 
שאמעס, דער ליכט-צינדער, װאָס קומט אין מײַערל גאנצפרי און װאָס ביז 
פארנאכט געפינט זיך דאָרט, איז ארײַן און האָט אים דערזען, און װי טאָ- 
מיד, װען ער טרעפט גאנצפרי אן אונדזעריקן, נאָך א נאכט דאָרט 
איבערנעכטיקן, האָט אויך אים מיט זידלערײַען גענומען טרײַבן, און ער, 
מיכל, איז ארויס, ניט באװײַזנדיק אפילע דעם כאָלעם צו באדענקען, זײַן 
ביזאָיען און דעם ווייטעק אף זיך נעמען, 

נאָר ערשט דערנאָך, שוין אין דרויסן, פאר דער שװעל זיך טרעפג- 
דיק און דערזעענדיק, אז ס'איז שוין גרויסער טאָג, און אפן הארצן איז 
אים זייער שווער געווען פון דער נאכט און פונעם געזעענעם -- איז ער 
הינטערן מײַערל ארונטער און בא איינער א בלינדער וואנט מיטן פּאָנעם 


7--9 112 


זיך געשטעלט, מיט אזא געפיל, װי אף בלײַבן און פארגליווערט װערן 
און אף קײינמאָל שוין ניט אָפּגײן פון דאָרט. און אזוי איז ער טאקע גע- 
שטאנען: מענטשן זײַנען פארבײַ -- און ער האָט ניט באמערקט, שאָען 
פּאָריבער ---און ער האָט ניט געװוּסט. ביז שפּעט שין, ווען זײַן װײַב 
האָט אינדערפרי, ווען די קינדער, זײַנע טאלמידים, זײַנען שוין געקומען 
צום לערנען, און װיסנדיק זײַן אָרט, װוּ ער געפינט זיך, איז אים געקומען 
רופן, -- האָט זי אים דערזען און אים אופגעװעקט און אים אהיים גע- 
בראכט א פארכושטן, און פון דער נאכט װי א שיקערן און צעבראָכענעם. 

-- און ביז הײַנט, -- האָט מיכל װײַטער דערציילט, -- קאָן ער זיך 
פון יענעם געזעענעם ניט באפרײַען. ס'ערגערט אים און ער קרענקט דע- 
רוף. ער קאָן אָפּט ניט שלאָפן און ליגט איבער גאנצענע נעכט מיט אָפענע 
אויגן, און ער זעט אָפט אזוינע מיַעסקײַטן באנאכט, אז ס'איז אים שווער 
דערנאָך די טעג איבערצולעבן: נישט-גוטע אף די ווענט, אין דער לופט, 
פון דער סטעליע אראָפּגײן, פון דעם פּאָל ארויסקומען: מאסנװײַז, אמאָל 
שטילע, נאָר זיך דורכגאנווענענדיקע, אמאָל רוישיקע, װי אף כאסענע גיי- 
ענדיקע; ניכטערע, שיקערע, מיט קלעזמער און מיט טענץ... און ער פילט, 
אז ער איז עפּעס אן אייגענער צו אָט דעם מיִעסן געזינדל, אז מיט רעכט 
באזוכן זיי זײַן. הויז, און אז אין איינער א נאכט קאָנען זיי פון אים פאָ- 
דערן, ער זאָל מיט זיי מיטגיין, אין זייערע סימכעס און טענץ אָנטײלנע- 
מען, און ביכלאל א זייעריקער װערן... 

ס'העלפט אים קיין שפּײַען, ס'העלפט ניט קיין שפּרוכן זאָגן, ער שפּײַט 
און שפּרעכט, און זיי טוען זייערס: קומען און גײיען, גייען און קומען, און 
איין זאך, פילט ער, פאָדערן זי פון אים: לעסטערונג. אויב ניט מיט טאט, 
איז מיט װאָרט. אויב נישט מיט װאָרט, אין כאָטש צוקוקן, װי אנדערע, 
וי זיי לעסטערן. ס'איז רעכט, אז זיי קומען אמאָל מיט , רײניקײַטן", צע- 
וויקלען זיי פאר אים אין די אויגן און טוען אָפּ מיַעסע זאכן אף זיי, אזוינע 
מיַעסע, װאָס וויי די אויגן, װאָס זעען עס, אזוינע, װאָס פאר קיין מענטש- 
לעך מויל ניט צו ברענגען, אזוינע, װי טיטוס האָראָשע אין זײַן צײַט, און 
וי אנדערע רעשאַיִם אין אנדערע צײַטן.. 

ס'באשלאָגט אים א שוייס, א טויטיאנגסט -- דאָס צוזעענדיק: ער 
בלײַבט מאט און אויסן און ער קאָן גאנצע טעג דערנאָך צו זײַן רו און צו 
זײַנע קויכעס ניט קומען. ער וייסט ניט, װאָס ער טוט, ער וייסט ניט, 
װאָס מע רעדט צו אים, און אָפט פעלשט ער דערום אין זײַן מעלאמדישער 
שעליכעס: לערנט מיט די קינדער ניט, קאָן קיין הײיליקן סייפער ניט זען, 
און ס'ווילט זיך אים ווידער צו די יענע, צו די שארפע כקירע-ספאָרים 
זיך נעמען, צו יענע, װאָס לערנענדיק זיי, קאָן ער, עמעס טאקע, דעם 
גלויבן פארלירן, אָבער צוזאמען מיט דעם, זיך באפרײַען אויך פון אלעם 
מיִעסן און העסלעכן, װאָס הענגט זיך אָן און באגלייט און לויערט אפן 
גלויבן. 

און דאָ איז מיכל שוין אינגאנצן אנשוויגן געװאָרן, און שטיל שטיין 
בלײַבנדיק, פון לוזין װי אף זײַן אורטייל און גוירל געווארט. און לוזי 
- האָט דעמלט נאָך אלץ אף מיכלען ניט געקוקט, מיינענדיק, אז יענער האָט 


113 


נאָך װאָס צוצוגעבן, אז ער ד א רף נאָך און ה אָ ט נאָךְ.. אָבער אז ער 
האָט דערפילט, אז ניט, האָט ער מיטאמאָל די אויגן א הייב געטאָן און 
מיכלען אינגאנצן, װי גרויס ער איז, מיט אזא בליק אָפּגעמאָסטן, גלײַך ער 
האָט איצט, קוקנדיק אף אים, זיך איבערצײַגט אין דעם, װאָס ער האָט 
נאָך פריַער, בייס מיכל האָט געהאלטן אינמיטן דערציילן, זיך געטראכט. 
און נעמלעך, אז נישט נאָר א פּגאם בא מיכלען, נישט נאָר לײַכט אָנ- 
גערירט, נאָר א בראָך, א בראָך אף ניט צום פארהיילן, ניט צום פארהעפטן, 
און אזוינע ענדיקן שלעכט געוויינלעך, און אויך ער, מיכל, קאָן אזוי, און 
אז אף אזוינע איז זיך ניט צו בויען, אזוינע קאָנען קיין שװעריקײַטן פון 
קיין ביניען ניט אויסהאלטן, װײַל זי זײַנען זיך אליין שווער. 

אזוי האָט לוזי געטראכט, אָבער זאָגן, נאטירלעך, האָט ער דאָס ניט 
געזאָגט, און געזאָגט, פארקערט, האָט ער דאָס, װאָס מע זאָגט יאָ, און װאָס 
מע דארף זאָגן אין אזוינע פאלן אף צו פארגרינגערן, יענעם דאָס 
הארץ לײַכטער מאכן, און דערוף האָט דאָך לוזי גענוג מיטלען, וויסן און 
גײַסטיקע דערפארונג געהאט. אזוי, אז װוער ס'װואָלט אפילע פונװײַטן גע- 
שטאנען און װאָלט אליין לוזיס ווערטער ניט געהערט, נאָר װאָלט געקוקט 
אף מיכלען, בעשאס יענער הערט זיי, װאָלט גלײַך געזען, אז מיכלס פּאַ- 
נעם באפרײַט זיך װאָס אמאָל מער פון דער שװערמוטיקײַט, װאָס איז די 
גאנצע צײַט פון זײַן דערציילן געלעגן אף זײַן פּאָנעם, אז זײַנע טונקעלע 
בורשטין-אויגן לײַטערן זיך, װי א נײַע דערלײַכטערונג-יהױט קומט אף 
אים, א פרישע און פארגעניגטע, -- פון לוזיס פארשטיין און באנעמען זײַן 
געמיט, װאָס האָט אים איצט וי אין א טיפעניש אראָפּ, װוּהין ער האָט 
אראָפּגעזונקען, א האנט דערלאנגט, און פון ארײַנגעבן אים אזוינע אייצעס 
און מיטלען, װאָס זײַנען פּונקט פאר אים, פאר זײַן שטאנד אָנגעמאָסטן, 
פאר זײַנע קויכעס זיי צו דערגרייכן, קעדיי דורך זיי ארופצוקלעטערן, זיך 
ארופהייבן, און ווידער צו דער געבענטשטער, זעלישער טאָג-שײַן צו קו- 
מען. 

און דערמיט האָט לוזי פארענדיקט. 

און אין שול דעמלט איז, װי געזאָגט, אויסער זיי ביידע, אויסער לוזין 
און מיכלען, קיינער ניט געווען. דער איינציקער לאָמפּ, װאָס האָט אין מיזי 
רעך-זײַט, פון סטעליע אראָפּהענגענדיק, געברענט, האָט פריִער נאָר איינעם 
א שטייענדיקן, אין שטארקער מאָרעשכוירע, פאר א צווייטן, א זיצנדיקן, 
געזען, דערנאָך דעם שטיענדיקן א דערלײַכטערטן שוין, און פארקערט, 
דער זיצנדיקער -- מאָרעשכױרעדיק, וי ער װאָלט מיטן שטייענדיקן מיט 
די ראָליעס זיך געביטן. 

דאָס איז לוזי, נאָך דעם, װי ער האָט מיכלען געטרייסט און דאָס, װאָס 
ער האָט אים צו זאָגן געהאט, אָפּגעזאָגט, אף זײַן אָרט איצט, וי אן 
עטװאָס אױסגעשעפּטער געזעסן, -- אן אײַנגעמידטער; ער האָט אויסגעזען, 
וי איינער, װאָס איז נאָרװאָס ארויס פון א שװערער מאסע אָפּצוטראָגן, 
אָבער װאָס א צוייטע, א נאָך מער שװוערערע, שטייט אים פאָר, װײַל 
געפילט האָט ער, אז נאָך מיכלס וידע, דער נאָרװאָס פאָרגעקומענער, 
װועט געוויס און אף זיכער נאָך עפּעס קומען, װאָס װעגן דעם האָט ער 





114 


איצט געטראכט, און צוֹ דעם קומענדיקן אינערלעכע באציונג און שטע-י 
לונג שוין גענומען. 

אָבער די צײַט איז שוין שפּעט געווען, און לוזי האָט באדארפט אהיים 
גיין. ער האָט זיך דערום באלד אופגעהויבן, זײַן מאנטל אף זיך גענומען, 
און װי טאָמיד ער איז געװוינט -- פארן ארויסגיין פון שול און זי פאר- 
לאָזן, צום אָרנקױדעש צוגיין, דעם פּאָרוכעס צו די אויגן נעמען און אים 
א קוש טאָן. אזוי האָט ער אויך איצט געטאָן, אָבער דאָס מאָל האָט ער 
זיך באם פּאַרויכעס לענגער פארזאמט, אים מער פאר די אויגן געהאלטן, 
װוי זיך באראטנדיק מיט אים און בא אים אן אייצע פרעגנדיק. דערנאָך 
איז ער, פון מיכלען באלייט, פון שול ארויס. 

ס'איז געווען נאָך זייער א הייסן טאָג און דושנעם אפדערנאכט דעמלט, 
ערגעץ װײַט, אונטער א ניט-אָנגעזעענעם האָריזאָנט, האָט זיך געפילט, 
קלײַבט זיך, -- מעגלעך אף באנאכט, מעגלעך ערשט אף מאָרגן, -- דער 
ווארעם-וועטער אין שטורעם איבערגיין. אָבער דערװײַל שטיל און אין 
לופט נאָך נישט צו מערקן; פינצטער, אָבער די הויכע עלעלישטערן האָבן 
דעם הימל באלויכטן, און אין די גאסן -- װוּיניט-ווּ, און װײַט אָפּגע- 
טראָטן איינס פון אנדערן -- איינציקע לאמטערנעס. 

און זיי -- לוזי און מיכל -- האָבן זיך איצט געלאָזט פון צענטער 
שטאָט, װוּ די שול, װוּ זיי האָבן פארבראכט, האָט זיך געפונען, צום עק 
שטאָט, װוּ לוזיס ברודער, מוישע מאשבער, האָט געוווינט. 

דער וועג איז זיי איצט געלעגן דורך גאסן, געסלעך שוין אָן קיינעם, אָן 
דורכגייער און צום שלאָף שוין וי אָפּנעשטאָרבענע. 

און דאָ איז מיכל, זײַענדיק איצט אליין מיט לוזין אין גאס, װוי פריִער 
מיט אים אליין אין שול, ארויס מיט דעם, צוליב וועלכן, אייגנטלעך, און 
- מעגלעך דעריבער טאקע, ער האָט דאפקע פאר לוזין און ניט פאר קיין 
אנדערן זײַן ווידע האלטן געװאָלט. װײַל נאָך אָט דער ווידע האָט ער דעם 
מיין און אין זינען געהאט אים דאָס באלד װײַטער-קומענדיקע צו זאָגן, 
דאָס, װאָס לוזי האָט זיך, נאָך אין שול זײַענדיק, שוין געריכט און געגרייט 
דערוף. 

און מיכל האָט געזאָגט: 

-- איצט זעט ער דאָך שוין, לוזי, װי ער, מיכל, האלט: אליין א גע- 
שלאָגענער, װאָס האָט נאָך מיט זיך אליין פיל צו טאָן, הײַנט, װי קאָן ער 
נאָך פאר פרעמדע אן אָנפירער זײַן, די מאסע פון אנדערע אף זיך צו 
טראָגן, נאָך אנדערע צו העלפן, אנדערע צו היילן, ווען ער איז אליין ניט 
געהיילט? און די באדערפעניש אין אָנפירונג איז גרויס, כאָטש די , אונד- 
זעריקע? זײַנען װײיניק אין צאָל, אָבער דאָך א צאָל, און ער, מיכל, פילט 
זיך ניט פאר פּאסיק, װײַל ער אליין נייטיקט זיך נאָך ביז גאָר-גאָר אין 
אַנפירערשאפט: -- אין אן עלטערן פון זיך, אין א מער דערפארענעם, מער 
פעסטערן, בא וועמעס זײַט ער זאָל קאָנען שטיין, אין יענעם זיך אָנשפּארן 
און אין שווערע צײַטן זײַן אייצע פרעגן. און, פארשטענדלעך, װאָלט ער 
אליין, און אלע אונדזעריקע, װי ער, מיכל, ווייסט, גליקלעך געווען אזא, 
לעמאָשל, וי לוזי, בעראָש פון זיך צו שטיין האָבן; װײַל נאָכאמאָל, נישט 


115 


געקוקט דערוף, װאָס די איידע איז א קליינע, איז אָבער, װי לוזי ווייסט, 
די שטאָט א גרויסע, און פיל אנדערע װאָלט מען געקאָנט, און יענע װאָלטן 
זיך אויך געלאָזט, ארײַנציִען, און די איידע אונדזערע אף פיל פארגרעסערן. 
אָבער דערוף דארף מען זײַן מיט אלע יענע באװוּסטע מײַלעס, װאָס קיי- 
נער פון די אונדזעריקע, אויסער אים, לוזין, נאטירלעך, פארמאָגט ניט: 
ער איז באװוּסט, עד איז אויך, װי מע דארף צו אזוינע זאכן, מיט װאָס מע 
דארף באװאָפנט, און צו אים װאָלט זיכער דער גרויסער דערעכערעץ 
געווען, װאָס צו קיין אנדערן, אויסער אים, קאָן ער ניט זײַן און איז ניט 
מעגלעך. 

-- הא? איז עפשער װאָלט ער א טראכט געטאָן, לוזי, און װאָלט בא- 
שלאָסן דאָ, אין א, בא די זײיעריקע אף אָנפירערשאפט צו בלײַבן? 

-- צו בלײַבן? -- האָט לוזי, װוי שוין פון פריַער ויסנדיק און נישט 
איבעראשט פונעם פאָרשלאָג, א זאָג געטאָן און גלײַך אנשוויגן געװאָרן. 

-- יאָ, -- האָט מיכל געזאָגט און װײַטער פאָרגעזעצט, -- װײַל א 
מילכאָמע קומט דאָ אויס צו האלטן אף צוויי זײַטן; מיט אלע איבעריקע 
קיטעס פון שטאָט, װאָס זײַנען װי צונויפגערעדט אונדז צו רוידעפן און 
אונדז אײַנצושלינגען -- פון איין זײַט; און פון דער אנדערער -- מיטן אל- 
געמיינעם, מיט אונדזערן און אויך מיט זייער סוינע, דער אפּיקאָרסעס, 
װאָס וואקסט און שטארקט זיך און איז גרייט אונדז און אויך אונדזערע 
פארפאָלגער אופצופרעסן. 

און דאָ האָט מיכל זיך נאָכאמאָל צו די איניאַנים פון זייערע אייגענע 
אומגעקערט און דערציילט די שװעריקײַטן, װאָס אים קומט אויס אויס- 
צושטיין, די פארלױירנקײַט, אין וועלכער ער געפינט זיך אָפט, װאָס ער 
ווייסט ניט װאָס צו טאָן און װוי זיך אן אייצע געבן. 

וי אָט, לעמאָשל, איז די לעצטע צײַט צו זיי געקומען א באָכערל, גאָר 
א יונגער פון א װײַט שטעטל ערגעץ, וועלכער האָט גלײַך, וי נאָר זיך 
באוויזן, גענומען וויינען, וויינט אדהאיעם, און מע קאָן אים ניט בארויַקן. 
װאָס איז די מײַסע? ער האָט זיך פון קינדװײַז אָן דערצויגן אין איין שטוב 
מיט א שטיפשוועסטערל, און אז ביידע זײַנען עלטער געװאָרן, האָט זיך, 
װײַזט אויס, מיט זי עפּעס געטראָפן... װאָס -- זאָגט ער ניט, נאָר איבער 
דעם האָט ער די שטוב פארלאָזט, זײַן שטאָט, ער איז א צײַט צופוס גע- 
גאנגען, ביז ער איז געקומען אהער, און, קומענדיק, האָט ער צו אונדז 
געטראָפן. און די גאנצע צײַט האלט ער אין איין וויינען -- באטאָג, בא- 
נאכט, און ווען מע טוט נאָר א קוק אף אים, איז ער אין טרערן. און אז מע 
טרייסט אים און מע זאָגט אים: ,הער אוף, טשוּווע און כאראָטע העלפט".. 
וויינט ער נאָך שטארקער, זאָגט: ניט דאָס, ניט דערפאר, נאָר ער האָט 
מוירע פאר א נײַער אוויירע, װײַל דער קאָפּ איז אים אין אוויירע... 

צי אָט, לעמאָשל, אן אנדער זאך, איינע פון פיל, װאָס מאכט זיך: אוו- 
רעמל דעם שנײַדערס װײַב קומט און קלאָגט זיך: אוורעמל איז איר שוין 
לאנג קיין מאן ניט, קומט ניט צו איר, באפוילט זי ניט, װי דער שטייגער 
און װי דער דערעך האָוילעם... נאָר מיילע, אוורעמלס װײַב, װוי אוורעמלס 
װײַב: זי קומט שטיל, וויינט שטיל און גייט אוועק א שטילע. אָבער אֶט 


16 


איז מיטן זעלביקן שאָלעם דעם טרעגערס װײַב געקומען, א ייַדענע שוין 
גאַר אן אנדערע, מיט קוילעס און טײַנעס: ,װאָס האָט איר מיר, שרײַט זי, 
מײַן שאָלעמען פארביטן, װאָס פאר א קישעף אָפּגעטאָן, װאָס פון אים גע- 
מאכט? קיין פּארנאָסע ניט, קיין װײַב אויך ניט, איז װאָס װיל ער -- א 
ציג אין בעט ארײַן?? און זי ליארעמט, מאכט גוואלדן, מע זאָל איר איר 
פּריערדיקן שאָלעם אָפּגעבן, מיר זײַנען שולדיק, אניט װעט זי בערד 
אויסרײַסן און אין אלע גאסן שרײַען. 

און דאָ, דאָס דערציילנדיק, האָט שוין מיכל געשמייכלט און אויך לוזי 
מיט אים. 

זיי זײַנען שוין דעמלט נאָכן פּאמעלעכן שפּאצירגאנג דורך די שטאָט- 
גאסן אף דער שטילער הילצערנער בריק ארופגעקומען, אף דער, װאָס 
פארייניקט ביידע שטאָט-טײלן, דעם אייבערשטן מיט דעם אונטערשטן, און 
װאָס פירט אף דער גאס, װוּ לוזי האָט צו זײַן ברודערס הויז באדארפט. 

אפן בריק איז דעמלט, איבער דער שפּעטער שאָ, שוין קיינעם און 
גאָרניט צו באגעגענען געווען -- קיין דורכפאָרער, דורכגײיער; נאָר צוויי 
לאמטערנעס -- איינער באם אָנהייב בריק, דער צוייטער באם עק -- 
האָבן א שוואכלעכע שײַן אפן מיט בריק ארופדערלאנגט, און אויך אף 
ביידע ברעגעס האָבן זיי זייער געבראָכענע אָפּשפּיגלונג אין וואסער גע- 
פונען. 

דער טײַך איז נאָכן הייסן טאָג געלעגן א לינדער, א בארוטער. קיין 
ווינט האָט זײַן אויבערפלאך ניט גערונצלט און דעם טשערעט בא די 
ברעגעס אין ערגעץ ניט שאָרכן געמאכט. די שטערן פון הימל האָבן זיך 
נאָך אין וואסער גאנץ און גלאט אָנגעזען, און װער ס'איז דעמלט אפן 
בריק געגאנגען, איז אויך אים פון דער שטערנשײַן און וואסער-מענוכע 
א געוויסער כיילעק אראָפּגעפאלן. 

מיר מיינען אונדזערע צוויי דורכגייער דעמלט, װאָס איינער פון זֵיי, 
מיכל, האָט זיך איצט, נאָך דער ווידע, געפילט, װוי פון א גרויסער היץ אף 
דער פרישער לופט געקומען, א באפרײַטער און דערפרישטער, און דער 
ארום -- דער בריק, דער טײַך, דאָס אָוונט-וואסער און די געשטילטע ברע- 
געס -- האָבן אין אים דעם גלויבן אין זײַן באנײַונג און דערפרישונג נאָך 
מער געשטארקט; און אויך לוזי אופגעלייגט און דערפרישט דערפאר, װאָס 
ער האָט אן אנדערן, א צווייטן געשטארקט, כאָטש ער אליין איזן איצט 
מיט נאָך איינעם א געדאנק פארנומען געווען, מיטן געדאנק וועגן דעם, 
וויַאזוי צו לייזן די פראגע פון בלײַבן צי ניט בלײַבן, און װאָס מיכלען צו 
ענטפערן, ווען יענער װעט אים, איצט אָדער שפּעטער, אף זײַן ענדגילטיקן 
כאשלוס פרעגן. 

און אָט אזוי זײַנען זיי שוין דעם בריק דורכגעגאנגען און אין יענער 
גאס, װאָס באלד נאָכן בריק, פארקערעוועט, װוּ לוזיס ברודערס הויז האָט 
זיך געפונען. און דאָ האָבן שוין ביידע מיטאמאָל עפּעס אין די פּאָלעס פון 
זייערע קליידער א קילקײַט דערפילט: ערגעץ װײַט אין א הימל-עק, װאָס 
אין דאָרעם-מײַרעװ-זײַט פארשטעקט, האָט זיך דער האָריזאָנט געבראָכן, 
געווינטלט און געבליצט, און כמארעס האָבן זיך דאָרט -- נישט צו ויסן 


117 


אף געוויס צי אף יאָישטורעם, צי אף נישט -- אף באנאכט געקליבן. אונד- 
זערע דורכגייער האָבן זיך דערום שוין אונטערגעײַלט -- און װען זײ 
זײַנען צו מוישע מאשבערס הויף געקומען, האָבן זיי זיך, פארן געזעגענען, 
נאָר אף א װײַלע נאָך פאר דער פאָרטקע פארהאלטן, קעדיי זייער שמועס 
צו פארענדיקן, און צום סאָף שמועס האָט מיכל טאקע וידער לוזין אין 
פריַערדיקן דערמאָנט, און אײַלנדיק מיט א לעצטער פראגע זיך צו אים 
געווענדט: 

-- הא? איז וי מיינט ער, לוזי, מיקויעך דעם, װאָס ער, מיכל, האָט אים 
פאַרגעלייגט? 

-- מירן זען, מירן באטראכטן, -- האָט אים דערוף לוזי געענטפערט. 

און דאָ האָבן זיי זיך שוין געזעגנט, זיך ,א גוטע-נאכט" געזאָגט. מיכל 
איז מיט א פארהויבענער פּאָלע פון ווינט, אן אײַלנדיקער, אף א לאנגן 
וועג, אף צוריקוועגס צו זיך אהיים אװועק, און לוזי האָט גלײַך די פאָרט- 
קע געעפנט און באלד אין הויף צו זײַן ברודער שוין ארײַן. 


8 * + 


אז לוזי איז ארײַנגעקומען אין שטוב, איז שוין אין עסצימער פון זײַן 
ברודערס בניי-באיס קיינער דעמלט ניט געװוען: שוין שפּעט, און דאָס מאָל 
האָט זיך אפילע גיטעלע, מוישעס װײַב, אפן מאנס ברודער, אף לוין, 
נישט דערווארט, און ווארטן געבליבן איז אליין נאָר מוישע, 

אין צימער איז, װי אלעמאָל אין דער צײַט, נאָך א שפּעטלעכן ואָ- 
כעדיקן אפדערנאכט, געבליבן א געוויסער סאָרט לופט -- פון א גאנצער 
ריי פארשיידענע מענטשן אופנעמען, וי אָנגעשטעלטע, װאָס האָבן אין 
מוישעס געשעפט געדינט, וועלכע פלעגן קומען פארן טאָג אָפּגעבן רע- 
כענונג און נעמען פאראַרדענונגען אף װײַטער, אף מאָרגן. 

ס'פלעגן קומען נעעמאָנים-קאסירער -- סאַליד און זויבער געקליידעטע, 
מיט איידעלע הענט, מיט פײַנעם לאָשן און מאנירן, און אויך פּראָסטע אָנ- 
געשטעלטע, װאָס האָבן אין די געשעפטן געטאָן די גראָבע ארבעט, וועלכע 
האָבן אין אָװנט עטװאָס נאָר דעם באטאָגיקן ברודיקן הוילעך געביטן 
אָבער מיט שלעכט-געוואשענע הענט, און װאָס דערום האָבן זיי זיך געפילט 
געענגט און זיך געהאלטן ניט איבעריק פרײי, 

דאן אויך אנדערע: סאָכרים און מוישעס זײַן-גלײַכן, װאָס פלעגן קומען 
וועגן אלטע, שוין פאראנענע געשעפטן; אויך מעקלער, װאָס קומען אופ- 
געבן נײַע, און פּראָמילניקעס -- וועגן געלט געבן און נעמען אאו. 

מוישע מאשבער האָט טאָמיד אין יענער שאָ אויסגעזען א ביסל מיד- 
בלאס. און א לײַכטע וועטשערע האָט אף אים געווארט נאָך אָט די אלע 
שמועסן מיט מענטשן און נאָך די פארשיידענע אופנאמען -- אפן אָפּ- 
געראמטן טיש, אפסנײַ פארשפּרייטן, און אויך צו אָט דער לײַכטער ווע" 
טשערע פלעגט ער זיך ניט מיט איבעריקן כיישעק נעמען און, וי געזאָגט, 
א מידלעכער זיך זעצן. 

אזוי אויך דאָס מאָל. אז לוזי איז אין עסצימער ארײַן, האָט ער גע- 


118 





טראָפן מוישען אן אײַנגעמידטן און שוין צום שלאָפן גענייגטן, אף אים 
נאָר מיט דער וועטשערע ווארטנדיק. ער האָט זיך דערום ניט איבעריק 
געזאמט, לוזי: זיך געוואשן, און אויך ער האָט זיך צום טיש געזעצט. 

און באם טיש האָט זיך צװישן אים און זײַן ברודער, װי ביכלאל אין 
דער לעצטער צײַט. א האלביקאלטער, זײַטיק-אָפּגעפרעמדטער שמועס 
פארבונדן, װי נאָר פון יויצע-וועגן, וי נאָר קעדיי דאָס אומאָנגענעמע 
שװײַגן און דעריקער, קעדיי טאָך-איניאָנים אויסצומײַדן. 

מוישע האָט בא לוזין וועגן זײַן טועכץ און זײַנע דראָכים ניט גע- 
פרעגט, װײַל ער האָט אויך נישט פרעגנדיק, געװוּסט, און אויך לוזי, פון 
זײַן זײַט -- ווען זײַן ברודער װאָלט אפילע יאָ געפרעגט, װאָלט ער פון 
ענטפער זיך אויסגעדרייט, קעדיי אין לאנגע וויקוכים ניט ארײַן, פון וועל- 
כע, װוי ער האָט געװוּסט און איז זיכער געווען, אז דער ברודער װאָלט פון 
זי װידער א באזיגטער און א פארשעמטער ארויס. און דאָס האָט לוזי ניט 
געװאָלט. 

דאָס איינציקע, װאָס מוישע האָט איצט אין זײַן זײַטיק-אָפּנעפרעמדטן 
טאָן יאָ פאר מעגלעך געהאלטן צו פרעגן, איז געװען דאָס, װאָס, ,װוּ 
רעכנט ער, לוזי, אזויווי די יאָמים-:נױיראָיַם דערנעענטערן זיך, אין די יאָ- 
מים-נויראָיַם צו פארבלײַבן -- דאָ, אי א!, צי ער פאָרט, װי אלע זײַ- 
ניקע, אף יענע טעג אהין, קיין אומאן, אפן , ציִען?. 

דערוף האָט לוזי אים געענטפּערט: 

-- דאָרט, אפן , ציֵען". 

-- נו, און דערנאָך? -- האָט מוישע ווידער געפרעגט. 

-- אהער צוריק, -- האָט לוזי געענטפערט. 

-- צוריק? 

-- יאָ, אף דאָ צו זײַן און אף שטענדיק שוין צו פארבלײַבן. 

דערבײַ האָט מוישע געװאָלט די אויגן אופהייבן, א שטארק פארװוּני 
דערטער, אף לוזין א קוק צו טאָן, אים באטראכטן, און עפשער אויך נאָך 
א פּאָר װוערטער אים צו פרעגן, קעדיי זײַן לעצטן ענטפער בעסער צו 
פארשטיין... נאָר אין דער מינוט האָט זיך פּלוצעם פון דער שװעל פון 
עסצימער עפּעס א קאָל דערהערט, װאָס האָט זיך אין שפּעטיבאנאכטיקן 
שטיל-ברודערישן שמועס ארײַנגעמישט, און אומגעריכט א זאָג געטאָן: 

-- אף שטענדיק בלײַבן? אוי, גוט טאקע, װאָס אף שטענדיק.. 

און דאָ האָבן ביידע ברידער מיטאמאָל דערשראָקענע די אויגן צו דער 
טיר אופגעהויבן און דערזען: 

פּונקט אף דער שוועל, אין כאָלעל פון דער טיר, איז געשטאנען א ני- 
דעריקלעכער פּארשוין, א שלעכט-אָנגעטאָנענער. א יונגער נאָך, בא די 
דרײַסיק, אָבער פון דער שטארק בלאָנדער באָרד, דער נישט-יגעקעמטער, 
און פונעם אָפּגעלאָזענעם און אָרעמען הוילעך, און דעריקער פון די צוויי 
קליינע שטארק-שארפע שווארצאפּלען, װאָס האָבן זיך באזונדערס, נישט 
װי בא אנדערע מענטשן, שטארק אויסגעטיילט פון די װײַסלעכער, איז 


? אפן רעבנס קײיווער. 


119 


זײַן עלטער נישט צו דערקענען: מעגלעך, גאָר יונג און נאָר דער הוילעך 
פארענדערט אים, מעגלעך, אויך עלטער, נאָר די אויגן קוקן אים יונג. 

דאָס איז געווען אלטער, דער דריטער ברודער מאשבער, װאָס שין 
באלד נאָכן ערשטן בליק איז צו זען געװען: 

נישט קיין ברודער, נאָר אן אומגליק: אן אומנאָרמאלער, װאָס כאָטש 
דאָס מויל איז בא אים זיסלעך, און שמייכלט טאמעוואטע, אָבער דער קאָפּ, 
די אויגן און דער שטערן, װי דורך שטארקע שטורעמס דורכגעגאנגען: 
דער שטערן הארט, הארב און װי ניט איין מאָל אין א וואנט זיך געקלאפּט, 
און נאָר דערװײַל זיך ניט צעקלאפּט; און די אויגן -- כאָטש אפן ערשטן 
בליק גוטמוטיקע, אָבער אויך אזוינע, װאָס קאָנען אזוינס באװײַזן, אז ניט 
נאָר קליינע קינדער, נאָר אויך גרויסע זאָל א ציטער אָנכאפּן און זיי זאָלן 
פון זיי אנטלויפן אף מײַלן. 


5 8 8 


און דאָ מוזן מיר זיך איבערײַסן און אונדזער דערציילונג פארהאלטן, 
קעדיי זאָגן א פּאָר ווערטער וועגן אלטערן און וועגן זײַן לעבנס-ביַאָגרא- 
פיע. 

כאָטש, מעגלעך, נישט דאָ איז דאָס אָרט, און מעגלעך, אז ביכלאל איז 
קיין אָרט פאר אים, פאר אזא, װאָס אקטיוו אין דער דערציילונג װוירקט 
ער ניט און קאָן ניט ווירקן, און מיר װאָלטן אים אינגאנצן געקאָנט פאר- 
בײַגײין אָדער װוּיניט-װוּ נאָר דערמאָנען. מיר האָבן דאָך ניט אזוי געטאָן 
און נאָך לאנגן ייַשעוויהאדאס אים ארײַנגעפירט און ווילן זיך אף אים דאָ 
עטװאָס לענגער פארהאלטן, מאכמעס, אויב אפילע אקטיווע ווירקונג ניט, 
אָבער דאָך א ווירקונג האָט ער געהאט, אליין שוין מיט זײַן זײַן און גע- 
פינען זיך אין יענעם הויז, וועגן וועלכן סגייט בא אונדז די ריד דאַ; 
אליין שוין דערפאר, װאָס ער איז אן אייגענער פון יענעם הויז, און װאָס 
בלוט איז ניט קיין וואסער, און מיר רעכענען, אז דער פאָרשער װעט אין א 
צווייטן אָדער א דריטן דאָר בא איינציקע פון די שפּעטערדיקע מישפּאָכע- 
מיטגלידער, מעגלעך, דאָך וועןיניט-ווען א קליין זוימען-קערנדל אויך פון 
יענער קרענקלעכער יערושע געפינען, װאָס אין דעם דאָר, וועגן וועלכן 
מיר ריידן דאָ, איז זי, צום גרויסן אומגליק, אינגאנצן אפן כיילעק פון איי- 
נעם נאָר, אינגאנצן אף אלטערס כיילעק אויסגעפאלן. 

איז, אלזאָ, וועגן אלטערן. 


ער איז געבוירן דער מיזיניק, דער ייַנגסטער און לעצטער בא די על- 
טערן פון מוישען און לוזין. װען נאָך גאָר א פיצעלע -- נאָרמאל און 
נאטירלעך געוואקסן, ביזן כיידער ארײַן, דה. ביזן לערנען --װי אלע 
קינדער. נאָר אין כיידער שוין האָט מען שוין גלײַך באמערקט: ער קוקט 


190 


ניט אף װאָס מע װײַזט אים, האלט די אויגן ארויס פון סידער, אין וועלכן 
מע לערנט אים, און אז מע זאָגט אים: ,זאָג אן אלעף", זאָגט ער נאָך: 
;זאָג אן אלעף", -- ,זאָג א בייס", -- דאָס זעלביקע: -- ,זאָג א בייס". 

מע האָט די ערשטע צײַט געמיינט: ס'מאכט זיך, צעשטרייט, א קינד 
אזא, אָבער, סאָפּקאָלסאָף, װועט ער זיך בעסערן, אופמערקזאם ווערן. דער- 
מיט האָט מען זיך מיט שװעריקײַטן געטרייסט א יאָר, סײַ די ראביייִם, סײַ 
די עלטערן, און אויך מער פון א יאָר, דערנאָך האָט מען דערזען: ניין, און 
מע האָט דאָס קינד גענומען דאָקטערן, היילן מיט פארשיידענע מיטלען 
פון יענער צײַט -- סגולעס, שפּרוכן אוכדוימע. 

ס'האָט ניט געהאָלפן. עלטערן פארצווייפלט. אַבער ס'ניט צו מאכן: דאָס 
קינד וואקסט טאם און גײַסטיקער קריפּל. שוין געהאט זיך מעיאעש 
געווען. נאָר פּלוצעם, שפּעט שוין, צו זיבן יאָר אן ערעך, האָבן זיך אין 
איינעם א שיינעם טאָג באם קינד די אויגן װי אױסגעלײַטערט, באזיניקט 
געװאָרן. און דאָס קינד האָט עפּעס שארפער, װי אלע קינדער, צו אלעם 
דעם, װאָס קומט פאָר ארום דעם, זיך גענומען צוקוקן און צוהערן, און 
מיט אזא דורשטיקײַט, גלײַך װי ס'וואָלט געװאָלט אָניאָגן די פריַערדיקע 
דורכגעלאָזטע יאָרן. 

מ'האָט דאָס גלײַך דערזען, און באלד געײַלט דאָס דורכגעלאָזטע צו פא- 
ריכטן: מעלאמדים פון די בעסטע געדונגען, און דאָס קינד האָט ניט גע- 
לערנט, נאָר געשלונגען; װאָס אנדערע פאר א כוידעש, -- ער פאר א טאָג, 
װאָס אנדערע פאר א יאָר, -- ער פאר א כוידעש: דער קאָפּ -- שארף, 
פײייַקײַטן -- גוואלדיקע, אזוי אז ראביייַם מיט עלטערן האָבן זיך וועגן 
דעם, דעם קינד קיין אײַנהאָרע ניט צו געבן, שטילערהייט געסוידעט, און 
כאָטש עלטערן האָבן פאר אָט דער שארפקײַט און אופנעמפיײייַקײַט, נישט 
װיסנדיק פארװאָס, איצט נאָך מער, וי פריִער פאר דער אומפּײיַקײַט 
און אָפּנעשטאנענקײַט, געציטערט, דאָך האָבן זיי מיט זײַן װוּנדערלעכן 
װוקס זיך געפרייט און א גרויסע צוקונפט אים פאָרויסגעזען. 

אזוי זײַנען אוועק יאָרן. דער ייַנגערער ברודער האָט שוין װײַט ארי- 
בערגעיאָגט די עלטערע ברידער אין לערנען, פלײַס און אין יענצײַטיקן 
וויסן און פארפולקומונג. און נישט נאָר די ברידער, נאָר אויך אלע אנדערע 
זײַן-גלײַכן, װאָס דאָס איז באלד אף גאנצער שטאָט און ארום דער שטאָט 
באװוסט געװאָרן. 

נאָר פּלוצעם, צו זיבעצן יאָר שוין, האָט מיט אים ווידער עפּעס געי 
טראָפן: ווידער אוסגעלאָשן, און װי אין מויעך בא אים װאָלט עפעס 
איינער א פאָדעם איבערגעברענט.. 

דעמלט איז דער צאר פון דער מוטער (דער פאָטער איז שוין דעמלט 
ניט געווען), פון די קרויווים און אייגענע גוואלדיק געווען. מע האָט זיך 
דערום מיט אייגענע, היימישע דאַקטוירים שוין ניט באנוגנט, מ'האָט זיך 
מיט אים ערגעץ אין א װײַטער רוסישער הױפּטשטאָט אװעקגעלאָזט, צו א 
גרעסטן און באװוּסטן אין יענער צײַט דאַקטער, אָדער פּראָפּעסאָר, און 
יענער, -- האָט מען דערנאָך וועגן דעם אין דער מישפּאָכע דערציילט, -- 
האָט זיך פריַער לאנג וועגן אלטערס יוגנט דערפרעגט, וועגן זײַנע קינדע- 


121 


רישע שלאפקײַטן און כאלאסן, און א װײַלע האָט ער זיך מיט איינער 
א דערציילונג פון דער מוטער פארינטערעסירט, װאָס זי האָט דערציילט, 
אז איינמאָל, ווען ער איז נאָך גאָר א פּיצעלע געווען, איז ער אײַנגעפאלן, 
א גרויסע היץ האָט אים אין קאָפּ א שלאָג געטאָן, האָבן היימישע דאַָקט- 
רים געהייסן שטעלן פּיאווקעלעך אונטערן אויער, האָט מען געשטעלט, און 
מע האָט זיך, דאכט זיך, פארלאָזט אף א דינסט, װאָס האָט בא אים געי 
וואכט, און יענע האָט זיי ניט צו דער צײַט אראָפּגענומען... דערנאָך האָט 
דער פּראָפּעסאָר אף די עלטערן זיך גענומען דערפרעגן, ווער דער פאָטער 
געווען, פון װאָס געשטאָרבן, און פונעם געפּלאָנטערטן, נישט קלאָרן דער- 
ציילן אף א פרעמדער, אומבאקאנטער שפּראך דער מוטערס, האָט דער 
פּראָפּעסאָר דאָך פארשטאנען, מיטן קאָפּ גענומען שאָקלען, באדויערן; 

-- אך, אזוי, אזוי, ראווין, אסקעט... 

און די מוטער איז פון אים, װוי פון דער לעצטער רעטונג-סטאנציע, 
נישט קיין געטרייסטע אװעק, נישט נאָר אף איצט, נאָר מיט קיין צװאָג 
אפילע אין דער צוקונפט אף מעגלעכער בעסערונג. און דעמלט איז די 
קרענק אין איר גאנצער קראפט ארײַנגעטראָטן: מיט גרויסע קאָפּװײיטעקן, 
װאָס פלעגן בא אים אָפט די ריִע פון די אויגן צונעמען. מע האָט געזען, 
ער מאטערט זיך און אומענטשלעכן קויעך װײַזט ער ארויס, קעדיי זיי, 
די ווייטעקן, אָן קוילעס און אָן קאָפּיאין-וואנט זיך צו שלאָגן איבערצו- 
טראָגן. 

דערנאָך האָט ער אויך גענומען שרײַען.. אָבער שוין אזוי, װאָס קיין 
נאָענטער און קיין פרעמדער האָט דעמלט לעבן אים ניט געקאָנט שטיין 
מיט קוילעס פון א לעמפּערט, װאָס ס'דאכט זיך, אז אָט באלד-באלד וועט 
ער די קישקעס פון אינװייניק דורכן האלדז ארויסברענגען פון געשריי, און 
מענטשן האָבן זיך קעסיידער געכידעשט, נישט גלייבן געקאָנט, קענענדיק 
אים, אז אזוינער קאָן אזוינס אומגעהייערלעכס גאָר פון זיך ארויסגעבן.. 

אזוי ביז ס'פלעגט אים איבערגיין. דערנאָך פלעגט ער מוירעדיק מאט 
און בלאס בלײַבן אף עטלעכע טעג, וי נאָך א שווערן אינערלעכן שטורעם 
אן איבערגעלעבטן, 

צו יענער צײַט האָט זיך שוין אויך זײַן װײַטערדיקער און אף זײַן 
שפּעטערדיק לעבן פארבליבענער, אומגליקלעכער, קראנקער שטייגער אײַנ- 
געשטעלט: פון צײַט צו צײַט די אויבן דערמאָנטע קאָפּװייטעקן און גע- 
שרייען, דערנאָך מאטקײַט, דערנאָך געשטילט און אינגאנצן בארױַקט, 
אָבער מיט א װאָס אמאָל, אלץ װײַטער פארטונקלטן באװוּסטזײַן אפילע 
שוין אינעם רויַקן פּעריאָד, 

ער פלעגט דעמלט, אין רויצײַט, שטארק נאָך מוזיק זיך ציען. אָפט 
פלעגט ער פארפאלן װערן, מערסטנטייל באנאכט, ווען אין א װײַטסטער 
גאס אפילע האָט מען אין א שטוב, אָדער אין דרויסן ערגעץ כאסענע גע- 
שפּילט, פלעגט זײַן אוער אזוי אָנגעשפּיצט זײַן, אז ווען קיינער האָט די 
מוזיק ניט דערהערט, ער -- יאָ, און מ'פלעגט שוין וויסן טאָמיד, ווען ער 
איז ניט געבליבן, אף װײַטישטאָטישע סימכעס אים זוכן. 

און ווען ניט קיין סימכעס -- פלעגט ער אין דער היים אין זײַן צימער 


2פן 





בלײַבן, אָן באשעפטיקונג זיך ארומדרייען, דערבײַ אמאָל די אייגענע קליי- 
דער ביז א פאָדעם צערײַסן, און אן אנדערשמאָל פארשיידענע זיך וואל- 
גערנדיקע שמאטקעלעך זייער זאָרגזאם אין גאנצע בערג צונויפקלײַבן 
אמאָל -- גוטע נוציקע כפייצים פון שטוב פארטראָגן און אינעם אומריי- 
נעם אָרט זיי פארווארפן, און אן אנדערשמאָל, מיט ווילדער קרענקלעכער 
אקשאָנעס מינדסטע שטיביקלעך, װאָס האָבן אים געדאכט שטיקעלעך 
נישט-פארקערט מיסט צו זײַן, אופצוהייבן. 

פון גרויס אנגסט איז די מוטער -- נאָך נישט קיין אלטע, נאָר אף 
איַר זונס אומגליק קוקנדיק, -- פארשלאפט געװאָרן און געשטאָרבן. די 
ברידער האָבן אים דערנאָך צו א פרעמדן אף קעסט-אויסהאלט און אֹף 
ארומגיין ארום אים געזאָלט אָפּגעבן און פון שטוב דערװײַטערן. מע האָט 
עפּעס אן אָרעמע אלמאָנע געפונען, איר געצאָלט, אים אָפּגעפירט. אָבער 
שוין באם ערשטן באזוך, װאָס מע איז אין א פּאָר װאָכן ארום, נאָכן אָפּגעבן 
איִם, אהין געקומען, אף אים א קוק צו טאָן, אים געוווירע װערן -- און 
געקומען צו אים איז אליין דער ברודער מוישע -- איז ער, אלטער, צו 
זײַן ברוסט מיטן קאָפּ צוגעפאלן, זיך געבעטן, מ'זאָל אים אָפּנעמען. די 
אויגן האָבן זיך אים אף א רעגע אױסגעלײַטערט, ער האָט צוגעזאָגט זיך 
שוין גוט האלטן, זיך געטוליעט צום ברודער, װי א באשטראָפטער, און 
באם ברודער האָבן זיך, אף אים קוקנדיק, טרערן אין די אויגן באוויזן, און 
ער האָט אים גענומען און צוריק אהיים געבראכט. 

פון דעמלט אָן איז ער באם ברודער געבליבן. פריַער, איידער מוישע 
איז שטארק רײַך געװאָרן, האָט ער צוזאמען מיט זײַן פאמיליע א ביסל 
ענגער געוווינט, איצט, ווען מוישע איז רײַך און ער האָט זיך דאָס גע- 
וויסע פּריצישע הויז דערװאָרבן, האָט מען אים אויסגעטיילט א קליין 
אויבערשטיבעלע, װאָס א טיר פון דער קיך פירט אהין ארוף, דורך טרעפּ, 
און װאָס פריִער, בעשאס דאָס הויז האָט געקערט צום פּאָרעץ, אין דאָס 
צימערל פאר דער דינערשאפט באשטימט געווען, -- איצט אין דאָס אל- 
טערס. א קליין פענצטערל איינס קוקט פון צימערל אין סאָד ארויס, אין 
יענעם סאָד, װאָס אין הינטערגרונט פון הויף געפינט זיך, און בא וועלכן 
אלטער שטייט אמאָל אָפּ פארטראכט גאנצע שאָען. אהין ווערט אים אלץ צו 
זײַן באדארף, פון עסן און האלבאָשע, ארופדערלאנגט, און ער פארברענגט 
דאָרט זײַן צײַט, באטאָג און באנאכט, קעסיידער. זעלטן-זעלטן, ווען ער 
גייט אין שטוב צו די שטוב-מענטשן אראָפּ, זעלטן-זעלטן אויך ווען ווער 
פון די שטוב-מענטשן באזוכן אים אויבן. 

און אזוי איז ער, וי פריִער, געבליבן: פון צײַט צו צײַט װידער זײַנע 
געשרייען... ער ס'האָט אָבער נאָר באמערקן געקאָנט, האָט באמערקט, אז 
די קאָפּװײיטעקן קומען אים טאָמיד פאר א שינוּי און וועטער-ענדערונג: 
זומער -- ערעוו א שטורעם, און אויך ווינטער -- פאר וועטער-ענדערונגען. 

גרויסע זײַנען שוין צו זײַנע געשרייען געװווינט. קינדער, אינמיטן דער 
שפּיל, װערן װי געפּלעפט, און הייבן דערשראַָקענע די קעפּלעך ארוף 
צו דער סטעליע, װאָס צו דער קיך-זײַט געווענדט, פונוואנען די געוויסע 
קוילעס הערן זיך, 


139 


דאָס ראָװו קינדער אָבער ווערן אויך, װי די גרויסע, צוגעוווינט, און 
נעמען זיך, נאָכן ערשטן דערשרעק, וידער צו דער שפּיל. אײינער נאָר, 
דער שוין אויבן דערמאַנטער מייערל, איז יענעם טאָג, ווען אלטער שרײַט 
אויבן, ער אונטן -- א קראנקער, א בלאסער. ער איז קרענקלעכער בא- 
ווירקט פון אלע קינדער. 

ס'ציט אים אויך אָפּט ארוף דעמלט אף אלטערן צו קוקן, און אויך 
אפילע נישט דעמלט, זעט מען אים אָפט ארוף צו פארבלאָנדזשען, צו פאר- 
ברענגען מיט אלטערן, אף וויפל מיט אזוינע לאָזט זיך נאָר פארברענגען. 

דערום איז מייערל פון אלע קינדער בא אלטערן אויסגעטיילט. און ווען 
פון די איבעריקע קינדער קאָן ער און געדענקט אפילע זייערע נעמען 
שוואך, איז זײַן, מייערלס, נאָמען,. אזוי װי די נעמען פון זײַנע אייגענע 
ברידער, אים גוט באקענט און אין מויעך אײַנגעקריצט. 

-- מייערל, מייערל, -- דערפרייט ער זיך, ווען ער באגעגנט אים ווּ, 
אַדער באזונדערס, ווען מייערל באװײַזט זיך אף דער שװעל צו אים צו- 
גאסט. 

און מייערל האָט פארבײַגייענדיק געזאָגט, פארגעדענקט, אז צו יענער 
צײַט פלעגט ער אמאָל אלטערן, בא אים אין זײַן אויבערשטיבל, בא זײַן 
טישל, בא א טינט-אוױיפּען און איבער פּאפּיר טרעפן, אָפט א שטארק- 
פארטראָגענעם, אָבער אויך מיט א ביסל זינען פון זײַנע אויגן ארויסקוקן. 

ער פלעגט דעמלט לאנג מיט שרײַבן פארנומען זײַן. און אז מע האָט 
זיך צופעליק אמאָל פארינטערעסירט, און אז זײַנע פּאפּירלעך זײַנען צו 
איינעם פון די בניי-באיס אין די הענט ארײַנגעפאלן, האָט מען געזען: ער 
שרײַבט עפּעס בריוו. טאָמיד צו גרויסע לײַט: צו באװוּסטע ביבל-נעמען, 
אָדער צו נעמען, װאָס באגעגענען זיך אין קאבאַלע-ספאָרים, װאָס וי 
ס'װוײַזט אויס, האָט ער זיי פארגעדענקט, און אצינד שווימען זיי אוף אין 
זײַנע פארטונקלטע כושים, און גאָר אמאָל ניט צו קיינעם, נאָר צו גאָט 
אליין -- מיט א מין געבעט, א טײַנע, אָדער אזוי זיך א געשעפטלעכע 
ווענדונג, װי א גלײַכער צו א גלײַכן, װאָס ער האָט פאר יענעם זיך עפּעס 
צו קלאָגן, אָדער װאָס צו פארטרויען. 

איינע א קליינע בריװו-קאָלעקציע איז אין שטוב בא מוישע מאשבער 
אף שפּעטערע צײַטן צװישן די פארשיידענע פּאפּירן, אדאנק טאקע אָט דעם 
מייערלען, פארהיט געבליבן, װאָס ציטירן א גאנצן בריוו פון זיי, אפילע 
נאָר איינעם, האלטן מיר פאר ניט נייטיק און, איבער פארשטענדלעכע 
טײַמים, פאר איבעריק, נאָר די אדרעסאטן זייערע װעלן מיר, צוליב כא- 
ראקטעריסטיק, דאָ יאָ און פאָרט דערמאָנען. 

געשריבן זײַנען אלע יענע בריוו אין העברעיַש, און אָט צו וװועמען: 

,מכתב לאחיה השילוני? 

,לנבוכדנצר מלך בבל". 

,לרבינו בחיי הספרדי". 

,לגבריאל המלאך"?. 

,מכתב לרזיאל המלאך?. 

און אויך אזא איינער, װוי לעמאָשל; 


,מכתב לאלהים, העונה בעת צרה". 

דער אויבן דערמאָנטער מיערל איז אויך איינער פון די, װאָס האָט 
פון די ערשטע באמערקט און פארגעדענקט פון יענער צײַט דאָס, װאָס 
שוין אויבן געזאָגט, אז די ווייטעקן פלעגן אלטערן טאָמיד קומען פאר 
נאטור- און וועטער-ענדערונגען. און דאָס האָט אף אים, אף מייערלען, אזוי 
געװירקט, אז אויך ער איז צו אזוינע זאכן פילבאר געװאָרן, און אויך 
ער איז מיט אזא סאָרט אומרויַקײַט באשאָנקען, אדאנק וועלכער ס'איז שוין 
אף זײַן גאנצן לעבן דערנאָך אים אייגנטימלעך געװאָרן, נישט נאָר נא- 
טור- און וועטער-ענדערונגען פאָרויסצופילן, נאָר --װען ער איז קליין 
געווען -- אויך קליינע שטוב-געשעענישן, און ווען עלטער -- אויך וויכ- 
טיקערע שינויִם. 

אָבער וועגן דעם שפּעטער, ווען ס'וועט וועגן מייערלען גערעדט זײַן 
דערװײַל אָבער װעלן מיר נאָר צוגעבן, אז דאָס, װאָס מייערלען איז אייגנ- 
טימלעך שפּעטער, איז שוין אלטערן אויך איצט נישט פרעמד געװוען: טאָ- 
מיד פאר א טרעפעניש אין שטוב, פלעגט ער -- צי באטאָג, צי באנאכט 
ס'האָט זיך געמאכט -- שטיל פון זײַן אויבערשטיבל אראָפּקומען, אף דער 
שװועל זיך באװײַזן, שטיין בלײַבן און מיט אן אױיסגעלײַטערטן באזיניקטן 
בליק און מיט א פּאָר באזיניקטע װוערטער אָדער באמערקונגען זיך אין 
די רייד ארײַנמישן -- עפּעס א קורצן, קלאָרן זאָג טאָן. 

און אזוי אויך דאָס מאָל: װי די ברידער זײַנען דעמלט אזוי אין דער 
שפּעטער שאָ געזעסן באם טיש און דעם שטילן שמועס צװישן זיך גע- 
פירט, אזוי האָבן זי פּלוצעם פון דער שטובישװועל אראָפּ אלטערן אין 
זייער געשפּרעך זיך ארײַנמישן דערהערט. 

ביידע האָבן זיך באלד דערשראָקענע פון די ערטער א הייב געטאָן, 
אנטקעגן אלטערן אופגעשטאנען און צו דער טיר צוגעגאנגען, און באלד 
האָט מען אף דער שוועל פון טיר א װוּנדערלעך בילד, א דרײַלינג, דערזען: 

נאָכן צונויפגיין זיך זײַנען אלע אף א װײַלע שטיל געבליבן. ביידע בריי 
דערס בליק צו אלטערן געווענדט, און זײַנער -- צו זיי. ביידע ברידער 
האָבן יעדער איינער א האנט אף אלטערס אן אקסל ארופגעלייגט, און 
אלטער האָט דעם קאָפּ אָנגעבױיגן און צו לוזיס ברוסט אים אָנגעשפּארט... 
און איין ברודער, מוישע, האָט צו אלטערן דעמלט, װי אלעמאָל, ווען ער 
װײַזט זיך א נישט-געבעטענער, געוויינלעך אין שטוב, װי מיט געבעט א 
זאָג געטאָן: 

-- גיי, גיי צו זיך, אלטער. 

און לוזי האָט אים מיט גרויס צאר באקוקט, אים איבערן אקסל געגלעט 
און איבער זײַן קאָפּ געשעפּטשעט: 

--אומגליקלעכע זינדיקע נעשאָמע אונדזערע... 

מיטאמאָל האָט עפּעס אין לאָדן א קלאפּ געטאָן. 


? ,א בריוו צו אכיאָ פון שילוי", , צו נעװוּכאדנעצער דעם מיילעך פון באָ- 
וועל", ,צו ראביינו בעכײַע האספארדי", , צום מאלעך גאװריַעל", ,א בריוו צום 
מאלעך ראזיעל", ,א בריוו צו גאָט, װאָס ענטפערט אין א שװערער צײַט? 


15 


דאָס האָט אין דרויסן, פֿארן גאנצן הייסן טאָג און דושנעם אפדערנאכט, 
וי ערגעץ אן אויסבאהאלטענער װוינט -- צי באם ברעג טײַך צי אין הימל- 
עק, -- אף דער פּרײַ זיך ארויסגעריסן. 

ער, אָט דער װוינט, האָט שוין, אפּאָנעם, א צײַט דערפריַער, בעשאס די 
צוויי ברידער זײַנען נאָך געזעסן, שטיל-פארנומענע באם טיש, אפן גאס, 
אין הויף און אינעם סאָד בא מוישען דעם שטויב געשטויבט און די ביי- 
מער דרייענדיק געוויכערט, נאָר די ברידער האָבן דאָס ניט באמערקט. אל- 
טער אָבער, -- שטייענדיק אין זײַן אייבערשטיבל באם פענצטער, וי 
טאָמיד אין אזוינע פאלן, אָדער עפשער אויך ניט באם פענצטער-- האָט 
דאָס יאַ באמערקט, און דאָס האָט אים איצט, װײַזט אויס, אהער אף אראָפּ 
אונטן געבראכט, און דאָס האָט אויך א געוויסער סימען געזאָלט זײַן אן 
אף מאָרגן, אָנהײיבנדיק נאָך פון הײַנט באנאכט, גייט שוין דער געוויסער 
אומגליקלעכער טאָג אף אלטערן -- מיט די געוויסע קאָפּװוײיטעקן און 
געשרייען. 

דערװײַל אָבער איז ער נאָך רויַק, אפילע זייער רויַק, צװישן די צװיי 
ברידער נאָר א דריטער געשטאנען, און נאָכן אָנשפּארן דעם קאָפּ אף לו- 
זין, האָט ער אים דערנאָך אופגעהויבן און ווידעראמאָל א קורצן זיניקן 
זאָג געטאָן: 

-- איז, הייסט עס, בלײַבט ער טאקע אף שטענדיק א היגער, לוזי? אוי, 
גוט טאקע, װאָס אף שטענדיק... 


8+ 


עו 
סרולי גאַל 


וליב פארשטענדלעכקײַט פונעם װײַטער- 
קומענדיקן, מוזן מיר דאָ ארײַנפירן נאָך 
איינעם א פּארשוין. מאכמעס קיצער 
אָבער גיבן מיר דאָ דערװײַל נאָר זײַן 
פּאָרטרעט, און מער אויספירלעך וועגן 
אים -- שפּעטער. 

דאָס איז סרולי גאָל. 


| סרולי גאָל איז א ייד מיט אן ערד- 
קאָלירענער קאפּאָטע. אינדערװאָכן 
טראָגט ער דערצו א זײַדן היטל מיט א 
לאקירענעם דאשעק -- דער איינציקער 
לאקירענער דאשעק אין שטאָט. דערפאר 
שאבעס און יאָמטעװ איז זײַן קאפּאָטע 
א קאַרטענע, א שטארק לאנגע, בא די לענדן ניט געפּאסט און פון פאָרנט 
שפּיליעט זי זיך אף פיל מער קנעפּ, װי געוויינלעכע קאפּאָטעס, און זעט 
אויס װי א פּוױילישן גאלעכס א סוטאנע. שאבעס און יאָמטעװו איז אויך זײַן 
היטל א קאָרטנס, אָבער מעשונע, װי א הויך טורעמל, מיט פאלשע אויערג- 
לאפּן אף ארוף פארלייגט און אויבן אינמיטן מיט א קנעפּל. 
װער נייט עס אים, װער קליידט עס אים אזוי? -- קינער ניט. ער 
אליין. ער האָט קיינעם, ער פארמאָגט גאָרניט, -- קיין אייגענע פאמיליע, 
קיין דאך אפן קאָפּ, און שפּײַזט זיך בא פרעמדע טישן, דעריקער און 
מערסטנטייל בא גווירים. 
ער איז אן ארײַנגייער צו זיי. ס'רעדט זיך אזוי , ארײַנגײער". ארײַנ- 
גיער באטײַט, אז די, צו וועמען מע קומט ארײַן, זײַנען מער-װוייניקער 
דעם ארײַנקומער גערן. דאָ אין עס ניט אזוי: סרולין איז קיינער ניט 
גערן. דעריקער האָט מען פאר אים מוירע. און מוירע האָט מען פאר 
זײַן מויל. אז מע מאכט אים בארויגעז, מע רירט אָן זײַן קאָװעד, שילט 





127 


ער זיך, און פאר זײַנע קלאָלעס מוזן אלע די אויערן פארשטעלן: ער שילט 
זיך מיט סרייפע, מיט מאגייפע, און שטעלט זיך ניט אָפּ פון צו ווינטשן 
דעם טויט קליינע קינדער אפילע. 

אָפט קאָן מען אים זען, װי ער שטײט אין א הױף פאר א גװיריש 
הויז, אָדער אין גאס -- פאר א גװוירישן מויער, דעם קאָפּ ארוף געווענדט 
צו א דאך-רינווע, אָדער צו איינעם א פענצטער-וינקל, װוּ א שוואלבן- 
נעסט מיט שטרויעלעך און פעדערן איז צוגעקלעפּט: שטייט, האלט דעם 
קאָפּ פאריסן, בורטשעט און שילט זיך: 

-- שוואלבן... אויך מיר שוואלבן. קוקט זיי נאָר אָן... צום בייסיהאמיק- 
דעש האָבן זיי געקאָנט פּײַער ברענגען און צום גוויר -- ניט. ברענט מיטן 
גוולה.. 

פארװאָס ער איז אין קאס? -- וייסט קיינער ניט. פון ווען אָן ער 
פירט א לעבן א שלעפּערישס -- אויך ניט. קיינער שטעלט זיך ניט אײַן 
אים צו פרעגן נישט אף זײַן שטאָט, נישט אף זײַן שטאם און נישט אף 
זײַן הויזגעזינד. מע ווייסט נאָר, אז ער איז ניט קיין היגער, אז מע מוז 
זיך מיט אים רעכענען, און אז דערהויפּט נעגידים האָבן פון אים אויסצו- 
שטיין און לײַדן. 

אָט שטעלט ער זיך ארײַן אין א הויז, װוּהין ער וויל, ווען ער וויל, צִי 
גאנצפרי צו טיי, צי באטאָג צו מיטיק, צי שפּעט באנאכט צו ווצטשערע. 
זאָגט קיינמאָל קיין , גוט-מאָרגן", , גוטן-אָװונט? באם ארײַנקומען, קיין 
,גוטן-טאָג", , גוטעינאכט? באם אועקגיין. זעצט זיך גלײַך צום טיש, 
טרינקט, עסט, וויפל ער האָט צו זײַן זעט נייטיק. וויל ער, גייט ער נאָכ- 
דעם גלײַך אוועק, וויל ער, בלײַבט ער. מישט זיך זעלטן אין די שטוב- 
געשפּרעכן, אָבער זײַן אוער איז וואך. מע זעט, ער וייסט, װאָס אין 
יעדן הויז קומט פאָר, און נאָך מער -- װאָס עס דארף פאָרקומען. 

טאָמיד פילן זיך די שטוב-מענטשן אין זײַן אָנװעזנהײַט ענג, אז ער 
גייט אװועק, אָטעמט מען אָפּ פרײַער. קיינער קאָן זײַן ערדיקאָלירענע 
קאפּאָטע ניט איבערטראָגן, דעם לאקירענעם דאשעק, װאָס איז טיף איבער 
דער לינקער זײַט פּאָנעם און לינקן אויג אָפּגערוקט. מע פילט זיך, װי א 
שװײַגנדיקער מייסיםיטרעגער װאָלט דאָ אין שטוב געזעסן און װאָלט 
געווארט אף א קומענדיקן אומגליק ארױיסצוטראָגן, אָדער, װי עפּעס א 
פארגליווערט גוירל-שטיק, װאָס איז אליין אן אומגליק. 

זעלטן, א! מע זעט אים באשעפטיקט. אויסער נאָר, ווען א מעס, װווּ 
ס'מאכט זיך, און דעריקער ווידער א גוויר א מעס -- דאָרט איז ער דאָ, 
דאָרט אויסגעוואקסן... טאָמיד איז ער בא דער טארע א מעכוטן, נישט ער 
טוט עפּעס, נאָר ער שטייט און קוקט, װי מע טוט דעם מעס זײַן רעכט, 
און מע זעט, ער האָט, װײַזט אויס, פארגעניגן פון דעם, און טאָמיד איז 
פון זײַן פארגליווערט פּאָנעם דעמלט עפּעס א מין האנאָע אראָפּצולײע- 
נען. 

אז ער איז באזונדערס בארויגעז אפן מעס דעם גוויר, טוט ער אויך 
דעמלט אָן צאָרעס: שלעפּט לײַלעכער פון גווירישע בעטן, רײַסט אָפּ 
שמאטעס, -- קלאָמפּערשט אף דער טארע נײטיק, פאָדערט איבעריקע 


5--9 18 


ליכט -- קלאָמפּערשט אפן מעס ארומצושטעלן. און אינדערעמעסן צינדט 
ער זיי ניט, נאָר טיילט זיי די אָרעמעלײַט, די שלעפּער, װאָס שטופּן זיך, 
דרייען זיך דעמלט אינעם גווירס צעפּראלטע צימערן אין די מענגעס. 

אן אנדערשמאָל דרייט ער אוף אומיסטן די קרענטלעך בא די זודיקע 
טארע-סאמאָווארן, און אז די שאמאָסים, װאָס ווארטן אף זיי, זיי זאָלן 
הייס װוערן, אופזידן, באמערקן דאָס און פרעגן אים: 

-- װאָס טוט איר עס, רעב סרולי? 

ענטפערט ער בייז: 

-- ניט אײַער זאך... ס'אײַלט ניט, ער װועט פארפאָרן... און נישקאָשע, 
זאָל ער נאָך דאָ א ביסל שטינקען. 

אזוי בא א מעס, אזוי אויך אף גווירישע כאסענעס. ער פארגינט זיי 
ניט זייער זאט און פארגעניגט לעבן, װי אויך זייערע רוישיקע און טומל- 
דיקע לעװײַעס. 

אף א כאסענע זיצט ער קינמאָל ניט, װוּ ער װאָלט געקאָנט זיצן 
אױיבנאָן, אָדער װוּ ער װאָלט געװאָלט, װײַל קיינער װאָלט אים דאָך 
פון מוירע ניט געוואגט צו דערװווידערן, נאָר טאָמיד מיט שלעפּער, שנאָ- 
רער און בא די סודע-טישן פאר קאפּצאָנים. 

ער פירט דעמלט אָן מיט זיי, קאָמאנדעװעט מיט זיי און רייצט זײ 
אונטער: 

-- עסט, עסט, שלעפּער... אין די קויטיקע קישקעס אײַערע ארליַן. 

-- עסט, ייִדן, -- זאָגט ער אן אנדערשמאָל ווייכער, -- עסט זיך אָן 
און לאָזט זיך איבער, און ווייסט און געדענקט: איר עסט ניט קיינעמס, 
נאָר גאָטס און אײַערס. 

און צום סאָף סודע, נאָך דעם, ווען אלע שלעפּערס זײַנען שוין פול 
און זאט, זייערע קעשענעס, קלומקעס, טאָרבעס אָנגעשטאָפּט, שרײַט 
סרולי װײַטער צו די שטוב-באדינער: מע איז הונגעריק. מע זאָל װאָס 
מער און נאָך און נאָך דערלאנגען.. און אז א פולער טיש איז ווידער 
אַנגעשטעלט און אָרעמעלײַט האלטן שוין באם אװעקגיין, פארטשעפּעט 
סרולי, קלוימערשט אומגערן, א פראָנדז פון א טישטעך אין א קנעפּל פון 
זײַן קאפּאָטע, טוט א גיי און -- מיט אים דער טישטעך, מיט אלעם אָנ- 
געשטעלטן, מיט טרוקענע און נאסע מײַכאָלים, אלץ אף דער ערד, אפן 
פּאָל, און האק-פּאק מיט אלע טיש-קיילים צעבראָכן. 

אָט אזוי בא א סודע. 

פון קאס, זאָגט מען, איז ער אויך אומגלײיביק, סרולי. אויסער פאר 
גאָט, זאָגט מען, האָט ער פאר קיינע צאדיקים, גוטע-ייַדן און אנדערע 
גאָטס פאָרשטײיער אף דער ערד קיין מוירע ניט. ער לאכט פון זיי, כוי- 
זעקט, באזונדערס פון די באװוּסטע, צו וועלכע די גוירים פֿאָרן אין 
וועלכע די גווירים גלייבן. 

קיין אָרעמע גלײיביקע װעט ער קינמאָל ניט טשעפּען: גלייבן זײי -- 
זאָלן זיי. אָבער גווירים -- איז װאָס ער קאָן, װעט ער ארײַנזאָגן... אזוי, 
אז ער, סרולי, װאָס טאָמיד שװײַגט ער, װאָס קײנמאָל קאַן זיך קיינער 
ניט בארימען פון אים, אויסער קלאָלעס, אמאָל עפּעס געווען צו הערן 


1209 


איז אז ס'קומט צו דעם, צו ארײַנזאָגן גווירים, איז רעכט, ער זאָל פאר 
וועמען איר װילט, פאר די גרעסטע און רײַכסטע, אינמיטן שול און פאר 
א גאנץ רעדל אוילעם, ארויספאָרן מיט אזוינס און מיט אזא שארף און 
בײַסיק לאָשן, אז אייניקע האָבן מוירע דעמלט אפילע אין זײַנע פיר 
איילן צו שטיין, קערעווען אָפּ, זיי זאָלן זיך פון אים, װוי פון א צאָראאס, 
ניט אָנעמען. און אנדערע, פארקערט, װערן צוגעזאָטן, קוקן אים אין מויל 
פארגאפט, קאָנען ניט אוועקגיין, קאָנען זיך ניט אָפּרײַסן. 

ער, סרולי, האָט דעמלט, אז ער צערעדט זיך שוין, -- װאָס צו דער- 
ציילן, און אנדערע, װוער ס'וויל נאָר --- װאָס צו הערן. 


ער איז, זעט אויס, א װעלט אויסגעווען, װאָס אליין ניט געזען, פון 
אנדערע געהערט, װאָס ניט געהערט -- זיך אָנגעשטױסן, און ביכלאל 
האָט זיך געדוכט, אז זײַן אוער הערט דורך װענט און אף מײַלן 


אזוי, איז רעכט געווען, אז מע האָט אים אײינמאָל, וען ער איז אין 
טראָנץ ארײַן און דאָס מעשוגאס איז אים אָנגעקומען, געקאָנט טרעפן אין 
א מיטן גרויסן אוילעם גלײיביקע, װי ער שטייט און דערציילט א מײַסע, 
װאָס האָט זיך געטראָפן אין איינעם א באװוּסטן צאדיקס א הויף. וועגן 
איינער, דעם רעבנס א שנור, וועלכע האָט דעם רעבנס זון פײַנט געהאט 
און מיט אים ניט געװאָלט װווינען. און דערפאר, װאָס מע האָט זי קעגן 
איר ווילן כאסענע געמאכט און אירע יונגע יאָרן פארפינצטערט, האָט 
זי אויך אים, דעם רעבנס זונס לעבן, פארפינצטערן געװאָלט און פון אים 
קיין געט ניט געװאָלט נעמען. און ויאזוי מע האָט איר דעם געט געגעבן 
בעאל-קאָרכע, מיט געוואלט... 

פריַער מיט גוטן, -- און זי האָט ניט געװאָלט, מיט בייזן און סטרא- 
שונקעס -- און ס'האָט ניט געהאָלפן. איר פאָרגעלייגט געלט און זי גליק- 
לעך צו מאכן --- און זי האָט ניט געװאָלט הערן. און דערװײַל האָט מען 
הינטנארום הונדערט כסימעס פון הונדערט ראבאָנים ארויסבאקומען, א 
האסקאָמע און א דערלויבעניש אפן געט, וי לויט דער דין פאָדערט... און 
ויאזוי אין איינעם א טאָג, נאָך דעם, וי זי, די שנור, איז לאנגע יאָרן 
בא זיך אין צימער פארשפּארט געזעסן און קיינעם צו זיך, מאכמעס מוי- 
רע, ניט צוגעלאָזט... װי מע האָט זי נאָכגעיאָגט, ווען זי איז אין יענעם 
טאָג גראָד אין דרויסן ארויס, װי מע האָט געדונגען געוויסע לײַט פונעם 
רעבן -- און װי מע האָט זי געפּאקט, זי צעלייגט און איר אים ארײַנגע- 
לייגט... דעם געט, -- האָט סרולי די מײַסע מיט א גראָבלעך-צינישן 
אויסדרוק פארענדיקט. 

אן אנדערשמאָל האָט ער פאר א זעלביקן אוילעם אן אנדער מײַסע 
דערציילט: 


װיַאזוי אויך אין א געוויסן , הויף? האָט א רעבנס א יונגער זון א 
נאָך נישט כאסענע-געהאטער דעם רעבנס א דינסטמיידל, א פּאָקאָיאָע, 
צורעכט געמאכט.. און װי מע האָט איר באצײַטנס מיט א שטעטלשן 
טאמעוואטן באלמעלאַכע כופע געשטעלט, און דאָס פּאָר אין אן אנדער 
שטעטל אוועקגעשיקט אף זיך צו באזעצן, און ויַאזוי דערנאָך האָט מען 


10 


יאָרנלאנג פון רעבנס שטוב זיי קיצווע געשיקט, -- באצאָלטס און בא- 
לוינונג אף דעם רעבנס שאנד צו פארדעקן... 

עמעס, סרולי האָט פאר אזוינע זאכן, -- האָט מען אין שטאָט געגלייבט 
און דערציילט, -- שוין איינמאָל שיר ניט זײַן פּסאק באקומען, אלנפאלס, 
אן ערנסטע װאָרעניש. 

ער איז אײינמאָל, האָט מען דערציילט, אין א זומער-טאָג געזעסן אין 
עפּעס א שטוב, בא א באקאנטן צי ניט-באקאנטן, װאָס ניט װײַט פון טײַך. 
האָט זיך מיטאמאָל א כמארע אָנגערוקט, א שטורעם מיט א שטױיב און 
פינצטערניש... און װי סרולי איזן אזוי דאָרט באם טיש געזעסן, אזי 
האָט אין האלב-טונקל פון צימער מיטאמאָל א מוירעדיקער קנאל געטאָן. 
סרולי האָט געמיינט, אז דער דאך פאלט אף אים אָדער די ערד האָט 
זיך געשפּאָלטן. אין דער זעלביקער רעגע איז דורך דער אָפענער טיר 
ארײַן א שטיק װײַס פּײַער. סע האָט וויכעריק איבער זײַן קאָפּ, װי א 
פײַערדיקער בייגל, א פלעכט געטאָן, זיך געדרייט, געדרייט און וי אן 
אויסגאנג געזוכט, דערנאָך דורכן אָפּענעם פענצטער, װאָס אנטקעגניבער 
דער טיר, אין דרויסן ארויס און פארשוװוּנדן. 

וי סרולי איז ניט קיין דערשראָקענער, נאָר פון אומגעריכטקײַט פון 
ביידע -- פונעם קנאל און פונעם פײַער -- האָט ער דאָך דערפילט א 
פּוסטקײַט און אױסגעהױלטקײַט אין קאָפּ. און אז ער האָט דאָס היטל 
אראָפּגענומען און מיט דער האנט איבערן שארבן א פיר געטאָן, אוי 
האָבן זיך זײַנע האָר, מיטאמאָל גראָוו געװאָרענע און פון די װאָרצלען 
ארויס, אף דער ערד און אף די קליידער אויסגעשיט. 

ער איז אופגעשטאנען, צום פענצטער צוגעגאנגען, צום טײַך א קוק 
געטאָן און דערזען; די אלטע הונדערטיאָריקע אײַנגעבױיגענע װערבע 
באם ברעג טײַך, װאָס שוין פון לאנג פארטריקנט און פארהוליאקעט, איז 
איין האלב אירע אָפּגעבראָכן און ליגט אין טײַך, און די אנדערע שטייט 
און האלט זיך און ברענט, װי א ליכט אין שטורעם. 

ס'איז א דונער און א בליץ געווען. 

אז מע האָט עס דערנאָך סרולין פירגעהאלטן, און גלײיביקע האָבן אים 
געזאָגט: 

-- זעט, רעב סרולי, ס'איז דערפאר און דערפאר, פארן ריידן און 
בליאװוּסקען, און דאָס האָט מען אײַך א האסראָע געגעבן: די האָר, דער- 
נאָך דעם קאָפּ.. -- האָט ער געלאכט און בייז געענטפערט: 

-- האָר?.. װאָס דארף ער זיי, די האָר... פארקערט, ס'איז אים איצט 
לויזער און לײַכטער און פאר די מאכשאָװעס פּרײַער. און פאר זײַן קאָפּ 
זאָל מען זיך ניט זאָרגן, װײַל װער סזאָרגט, איז א נאר, און זאָל אים 
זײַן נארישקײַט װויל באקומען. 

פון דעמלט אָן איז אים דאָס היטל א ביסל נאָך טיפער איבער דער 
לינקער זײַט פּאָנעם מיטן דאשעק אראָפּגערוקט. פון דעמלט אָן שװײַגט 
ער נאָך שטרענגער, וי פריִער, האָט פײַנט, װאָס ער האָט פריִער פײַנט 
געהאט, איז אלץ אין די גווירישע הײַזער אן אײַנגײער, און זיי, די גװוי- 
רים, זײַנען אים, װי געזאָגט, זייער ניט גערן. 


131 


אזוי פירט ער זיך פון יאָרן, אזוי האָט ער זיך מאָדנע אייגענע רעכט 
געשאפן צו טאָן, װאָס ער ויל, רעכט, װאָס זײַנען פון אלעמען, אויך 
פון די אָנגעזעענע פון שטאָט, פון די רײַכע, צי ווילן זיי יאָ, צי וילן 
זי ניט -- אנערקענט. כאָטש א סוינע, הייסט דאָס, דאָך האָט ער אלע 
רעכט פון אײַנגײערשאפט. מערער: ער האָט די רעכט צום רײַכסטן טיש, 
נישט פרעגנדיק און נישט בעטנדיק, צו קומען, האָט די רעכט, װוּ ער 
וויל, בא וועמען און ווען ער וויל איבערצונעכטיקן, און נישט נאָר איין 
נאכט, נאָר אמאָל, אז ס'פארגלוסט זיך אים, א װאָך און מער, א כוידעש 
און אויך כאדאָשים, און ס'איז אים קיין װאָרט ניט צו זאָגן און אים ניט 
צו דערווידערן. 

אזוי פון לאנג, אזוי פון טאָמיד: צו וועמען ס'איז זײַן סינע און פײַנט- 
שאפט -- װײַזט ער ארויס, זײַן צוגעבונדנקײַט און ליבשאפט אָבער-- 
קיינמאָל, אָדער נאָר אין זעלטענע פאלן: דעריקער אין א יאָמטעװ, איין 
מאָל אָדער צוויי מאָל אין יאָר, צעטאנצט ער זיך אף א גווירישער סודע 
מיט א קאפּצן אמאָל.. ער פירט אים פון הינטערן טיש ארויס, אָדער 
שלעפּט אים אָפּ פון א טאנצנדיקער ראָד באזונדער --א קאפּצן, א דער- 
שלאָגענעם און שטענדיק בא א זײַט זיצנדיקן -- צעטאנצט זיך אזוי, אז 
וויפל מענטשן סזאָלן דעמלט אף דער סודע ניט זײַן, קאָנען פון אים און 
פון זײַן שוטעף אין טאנץ די אויגן ניט אָפּרײַסן. ער מוטשעט יענעם 
אויס, לייגט אים ארוף א האנט אף זײַן אקסל און לאָזט אים אזוי לאנג 
ניט אָפּ, ביז יענער און אויך ער קומען אין זיבעטן שווייס ארײַן. 

דעמלט באפרײַט ער אים און קערעװועט זיך צו אים אֹף א קאָל, אז 
אלע זאָלן הערן; 

-- איז געדענק, -- זאָגט ער אים, -- איך זאָג דיר נעװיעס.. דיר, 
קאפּצן, און אויך אלע קאפּצאָנים, אז אלע זיי, װי דו קוקסט זיי אָן... 

און דאָ װערט ער אנשויגן, װײַזט נאָר אף די גוירים פון שטוב 
און אף די געסט זײיערע די גווירישע מיט א פינגער א דראָענדיקן, און 
מער הערט מען פון אים גאָרניט, אויסער אמאָל נאָר: ,קאטאָרזשניקעס 
אף קייטן?.. 

באזונדערס פרײַנטלעכקײַט אָבער װײַזט ער ארויס אף אן אָרעמער 
כאסענע אמאָל, 

ניס קיין געבעטענער, נישט אײַנגעלאדן, שטעלט ער זיך אמאָל ארײַן 
אין אן ענגער כאסענע-שטוב אין סאמע דער רעכטער אָרעמער געדולע, 
וואקסט אויס מיט זײַן ערד-קאָלירענער קאפּאָטע. קיינער קען אים ניט, 
קיינער ווייסט פון אים ניט, און אז מע פרעגט אים, װאָס דארף ער, 
װאָס װויל ער, ענטפערט ער: כאָסןיקאלע פריילעך מאכן. 

-- אדעראבע... -- זאָגט מען, 

דעמלט באקומט ער ארויס פון זײַנער א הויזן-קעשענע א דודע, א 
פּאָשעט-הילצערנע מיט לעכלעך. אוואדע ערגעץ בא א פּאָשעטן פּאסטעך 
אײַנגעהאנדלט -- און נעמט שפּילן, 

ס'איז שיין און מאָדנע געװען צו זען, װי ער שטייט און האלט 
זיך. זיכער ניט קיין קלעזמער און ביכלאל ניט קיין שפּילער פון פאך, 


132 





אָבער פינגער בא אים פלינקע אף צו דער צײַט א לעכעלע אָדער צויי 
צו פארשטעלן, און אין דער זעלבער צײַט אן אנדערס איינס אָדער מער 
צו עפענען. זײַן טאָן איז א ריינער און טאָמיד נאָר פון א נידעריקן און 
מיטעלן רעגיסטער. 

שטיין פלעגט ער מאָדנע: דער קערפּער האָט אין שפּילן װי קיין שום 
אָנטײל ניט גענומען, נישט דער קערפּער, נישט דאָס פּאָנעם -- מיט קיין 
מינע און קיין מינדסטן ריר נישט, און אינגאנצן ער איז געווען װי פאר- 
גליווערט, אזוי, אז די, װאָס האָבן בא זײַן אָנקומען, בייס זײַן װוּנטש 
אין דער סימכע זיך באטייליקן און בייס זײַן אָנהײבן שפּילן, געװאָלט 
שמייכלען, װי ביכלאל מע שמייכלט פון א ביליקן באדכן און פון א 
הײַזערגײערישן מארשעלעק, האָבן נאָכדעם, אז ער האָט שוין, שפּילנדיק, 
די דודע באם מויל געהאלטן, קוקנדיק אף אים, זיך פארװוונדערט און א 
ביסל זיך שוין געשראָקן פאר אים און פאר זײַן פארגליװערטקײַט. ער 
אָבער האָט זיך אף קיינעם ניט אומגעקוקט, גלײַך נישט קיין מענטשן- 
רעדל איז פאר אים, נאָר א הוילער, פּוסטער כאָלעל. 

און געשפּילט האָט ער טרױיעריק, אזוי אז װײַבער מעכוטענעסטעס 
אָדער ביכלאל װײַבער, װאָס זייערע הערצער זײַנען זי ווייך, האָבן, 
כאלד דעם פרעמדן ייִדן פארגעסנדיק, פון דעם טרויעריקן ניגן גענומען 
וויינען. 

ער האָט געשפּילט שטיל, און מיטן פּראָסטן אורעלטערישן פּאסטע- 
כישן אינסטרומענט האָטס ער ארײַנגעבראכט אין יענער סימכע-שטוב 
אזוינס, װאָס זי האָט קיינמאָל צװישן אירע װענט קיין מינדסט דערפון 
ניט געהאט און ניט געהערט: -- פון פעלד, פון וואלד, פון גרינער לוי- 
טערער און אויך פארװאָלקנטער ראכוועס. און אוילעם מעכוטאָנים און 
געסט האָבן זיך גלײַך דערפילט, װוי אין אן אנדער װעלט אריבערגע- 
טראָגן, און האָבן אין זייער פריערדיקער, נאָרװאָס פאָרגעקומענער סימ- 
כע אין שטוב פארגעסן. ן 

דאָס לעצטע אָבער האָט סרולי, כאָטש ער האָט געקאָנט און אין בע- 
קויעך געווען -- דעם אוילעם אין אלץ פארגעסן צו מאכן -- קײנמאָל ניט 
געטאָן און לאנג מיט זײַן קויעך און קענטעניש ניט מיסגעברויכט. 

און געווען איז טאָמיד אזוי: וי נאָר ער האָט געזען, אז דער אוילעם 
איז שוין אין די הענט און אין רעשוס בא אים, אזוי האָט ער יעדעס מאָל 
אינמיטן דאָס שפּילן איבערגעריסן און, נישט באמערקט פארן אוילעם, 
װאָס איז פארכאפּט געווען, האָט סרולי דעם איבערגאנג פון שפּילן און 
אופהערן וי אין א מין פאָקוס פארוואנדלט: דער אוילעם האָט נאָך גע- 
גלייבט אים מיט דער דודע באם מויל צו זען און איר שפּיל צו הערן, ווען 
אינדערעמעסן האָט ער שוין פארענדיקט און די דודע איז שוין בא אים 
אין קעשענע געלעגן. 

דעמלט איז דער אוילעם נאָך מער אָפּהענטיק געװאָרן און פונעם 
פאָקוס מיטן פארשװוּנדענעם אינסטרומענט געפּלעפט, און איידער דער 
אוילעם האָט זיך באוויזן ארומצוקוקן, אזוי איז שוין סרולי מיט אן אויס- 
געשטרעקטער האנט לעבן דער קאלע געשטאנען, גלײַך װי ער װאָלט 


133 


בא איר געצאָלטס פארן נאָרװאָסיקן פארװײַלן געפאָדערט. אינדערעמעסן 
אָבער קיין געלט, קיין געצאָלטס, נאָר -- ,צאָל מיט א טאנץ, קאלע? -- 
פלעגט ער זאָגן.. און אז די קאלע האָט זיך א װײַלע פארלוירן, נישט 
געװוּסט װאָס צו טאָן -- צי צאָלן, צי אָפּזאָגן, פלעגט סרולי מיט א צווייי 
טער האנט אוױסגעשטרעקט צום ארומיקן אוילעם זיך וענדן, וי זיך 
אָנפרעגנדיק און טײַנענדיק צו אים: צי איז ער גערעכט צי נישט אין זײַן 
פאָדערונג? 

-- אוואדע, אוואדע, -- האָט דער אוילעם סרולין אונטערגעהאלטן. 

און די קאלע איז מיט סרולין א טאנץ געגאנגען. און אויך מיט איר, 
מיט דער קאלע, האָט סרולי געטאָן דאָס זעלביקע, װאָס מיט יענעם 
קאפּצן אף א גווירישער סודע אין א יאָמטעװו אמאָל: אזוי לאנג געטאנצט, 
ביז יענע, די קאלע, האָט זיך פון די קויכעס אריסגעשלאָגן.. דערפאר 
אָבער האָט זי אַט דעם ייִדן מיט דער ערד-קאָלירענער קאפּאָטע אף איר 
גאנץ לעבן דערנאָך פארגעדענקט. און איר טאנץ מיט אים אף לאנגע 
ערנסטע און שווערסטע יאָר מיט אירע איינציקע און בעסטע כאסענע- 
און יוגנט-זיכרוינעס געבונדן. 

מע פלעגט אים דערנאָך אופנעמען, זעצן אױבנאָן צום טיש, אים דער- 
לאנגען, װאָס נאָר ס'איז געווען פאר דער כאסענע אָנגעגרייט. און דער- 
פאר פארן אװועקגיין, נישט אויסווארטנדיק זיך קיינמאָל אפן סאָף פון 
דער כאסענע, פלעגט סרולי יעדעס מאָל א מעכוטן אָדער א מעכוטענע- 
סטע אין א זײַט ארײַן אָפּרופן און איר אין דער האנט ארײַן אמאָל א 
זילבערן קערבלישטיק אף דראָשעגעשאנק ארײַנרוקן, אָדער גאָר אמאָל א 
בעכערל צי אן אנדער כייפעץ א זילבערנעם. 

צי ס'איז זײַן אייגנס געווען, אָט דאָס געלט אָדער די כפייצים די גע- 
שענקטע, -- ווייסן מיר ניט. נאָר אויב צוליב דעם צװעק איז, װי מע 
האָט דערציילט, אין א גװוירישן זילבערישראנק אן אָרט פון איינעם א 
קליינעם כייפעץ אמאָל ליײידיק געבליבן, מאכט אויך ניט אויס, און ניט 
מיר, ניט דער גוויר, ניט קיינער, און באזונדערס ניט סרולי אליין, װועלן 
זיך געוויס דערפון ניט זעצן וויינען. 

.א מערקווירדיקער ייַד, אָט דער סרולי: א צעדרייטער, א וידערי 
שפּרעכיקער, מיט פיל שפּיצן, װי א שטעכלקע. דערפאר איז אים ניט 
אָנצונעמען, ניט צו באנעמען געווען... 

ס'זײַנען געווען אייניקע, װאָס האָבן, ריידנדיק וועגן אים, אמאָל אפילע 
א געדאנק ארױסגעזאָגט, אז װי זיי דאכט, שטאמט ער, בא זײַן גאנצער 
סינע צו גווירים, גאָר אליין פון זיי, קער זיך אָן אָדער האָט זיך אמאָל 
אָנגעקערט מיט זיי גאָר נאָענט. 

דאָס האָט מען געװאָלט ארויסדרינגען פון אייניקע זײַנע פּאָסטעמ- 
קעס, מידעס און געוווינשאפטן, און דעריקער פון זײַן גרויסהאלטעריש- 
קײַט, פון זײַן האָנאָרעוואטער מילדקײַט. ער האָט זיך אמאָל געקאַנט 
פארגינען אזא זאך, וי אוױיסטאָן אינמיטן מארק די שטיוול און זי אָפּגעבן 
א פרעמדן מענטשן--צי טאקע אף יענעמס באלדיקן געברויך, װײַל 
יענער איז געווען אָן שטיוול, צי זיי צו פארקויפן, קעדיי אויסצולייזן 


14 


דעם מענטשן פון א צאָרע, װאָס האָט אים געטראָפן, װי א גנייווע, אָדער 
פון אן אנדער נויט. 

אן אנדערשמאָל איז רעכט געווען, ער זאָל אזוי לאנג ראטעווען אָרע- 
מע בעבעכעס פון א ברענענדיקער שטוב, ביז די ברעמען און די באָרד 
האָבן זיך אים גענומען סמאליען. 

א דריט מאָל רעכט -- אז ער האָט זיך פּלוצעם גענומען אמפּערן 
מיטן גרעסטן און באװוּסטן ראָוו אין שטאָט וועגן איינער א שײַלע, װאָס 
אן אָרעמע פרוי האָט געבראכט. ס'האָט זיך געהאנדלט וועגן א געקעכץ 
פאר דער אָרעמערס א קראנקן... און אז דער ראָוו האָט אים סאָפּקאָלסאָף 
גויווער געווען און דאָס געקעכץ פאָרט טרייף געמאכט, האָט סרולי בא 
דער פרוי, װאָס האָט שוין געהאלטן באם אװעקגיין, געפרעגט, װוּ זי 
װוינט, און באלד טאקע האָט ער זיך צו איר באוויזן און איר אן אנ- 
דער געקעכץ, א בעסערס און רײַכערס געבראכט. געזאָגט האָט ער, אז 
דאָס האָט איר דער ראָוו צוגעשיקט אָנשטאָט דעם טרייף-געװאָרענעם, 
ווען אינדערעמעסן האָט ער דאָס אליין מיט זײַנע אייגענע הענט פון דער 
רעבעצן מיט געוואלט און ביגראנדע אף דער קיך ארויסגעריסן; דערבלי 
האָט ער זיך מיִעס געזידלט. אז דער דין, האָט ער געשריגן, -- איז ד.. 
און אויב נישט, האָט ער געזאָגט, איז נישקאָשע, זאָל דער ראָוו פאר אים, 
פארן דין, אויך אמאָל צולײַדן און אמאָל כאָטש איינעם א מיטיק נישט 
דערעסן. 

דאָס -- איין מעשוגאס, און אין דעם זעלבן טאָג טאקע דאָס צווייטע: 
ער האָט באלד ערגעץ געלט געקראָגן און דער רעבעצן פארן זעלבן מי- 
טיק, וויפל ער האָט געדארפט קאָסטן, מיט א ליבלעכן דאנק אומגעקערט. 

-- און זאָל זי ניט זײַן... קיין רעבעצן, -- האָט ער, אװעקגייענדיק, 
מיט כויזעק זיך צו איר געווענדט. 

אין שטאָט, אז מע האָט פון אָט דער לעצטער מײַסע דערהערט, האָבן 
אייניקע זײַן כוצפּע באװוּנדערט, אנדערע האָבן מיט האנאָע און מיט פאר- 
געניגן געלאכט. אָבער אלע אָן אויסנאם האָבן זיך געכידעשט: זע, ווער 
האָט זיך געריכט: ער, סרולי, װאָס קיינער האָט אים קײינמאָל קיין סייפער 
אפילע אין די הענט האלטן ניט געזען, גלײַך ער וייסט אפילע ניט, 
וויַאזוי מע האלט אים, האָט זיך פּלוצעם אײַנגעשטעלט מיט אזא בא- 
װוּסטן, מיט אזא גרעסטן זיך פארמעסטן און אין לערנען גאָר אמפּערן 

אָט אזוינע שטיק, מאָדנע גענג און קאפּריזן האָט ער אלעמאָל אלץ נײַע 
ארויסגעוויזן, װאָס דעם אוילעם האָט עס שטארק געכידעשט. ער אָבער 
האָט לאנג צו כידעשן זיך ניט געלאָזט, און טאָמיד, ווען ער האָט דער- 
זען, אז די נײַגעריקײַט צו אים װוערט גרעסער, פלעגט ער דעם קאָפּ װי 
אין די אקסל ארײַנציַען, אף זיך א שטארקע בײיזקײַט אָנלאָזן, קיינעם צו 
זיך ניט צוגעלאָזט, דאָס אויסטערלישע און כידעשדיקע געזען פארײַבן, 
ס'זאָל דערפון קיין זייכער ניט בלײַבן, און אף מאָרגן, איבערמאָרגן -- 
פארגעסן און קיין שפּור דערפון... 

און נישט נאָר איינציקע שפּיצן, ווען זיי האָבן זיך קעגן זײַן ווילן 
אמאָל װי פון זײַנע באהעלטענישן ארויסגעשטעקט, האָט ער נישט גע- 


1259 


װאָלט, נישט דערלאָזט, זיי פאריבן און װי מיטן פוס פארטראָטן -- 
מערער: סרולי האָט אָפט געזען זיך אליין, זיך אינגאנצן צו פארײַבן: ער 
פלעגט אלע יאָר אף א היפּשער צײַט, אף היפּשע כאדאָשים גאָר אינ- 
גאנצן פון שטאָט און פון אלעמענס אויגן פארשווינדן. 

מ'ווייסט ניט פארװאָס, צי דערפאר, װײַל די שטאָט פלעגט אים נימעס 
ווערן, צי זײַן אייגן אומגיין אלע טאָג איבער אנדערע הײַזער פון שטאָט 
און זײַן קאס אף זיי, צי דערפאר, װאָס ער האָט עפשער טאקע בעעמעס 
עפּעס צו פארשטעלן געהאט, נאָר יעדעס מאָל, ווען ס'האָט אים געדאכט, 
אז ער איזן שוין צו לאנג אף מענטשנס אויגן אָפּגעװען, האָט ער זיך 
געזען ארויסרוקן און נישט צו בלײַבן. 

װאָס די סיבע זאָל ניט זײַן, נאָר אלע יאָר פלעגט עס מיט אים טרעפן, 
מערסטנטייל נאָך װוינטער, ווען די לעצטע שנייען זײַנען שוין צעגאנגען, 
לעצטע בלאָטעס האָבן זיך שוין אויסגעטריקנט.. אָבער אָפט נאָך שפּע- 
טער, אָנהייב פרילינג, װוען די לופט צעעפנט, ווען בעז און קאשטאנען- 
ביימער הייבן זיך שוין אָן צעלאָזן און צעפּיקן, װען אלע שטרעקעס 
ווערן העל-דורכזיכטיק, פארװאָרלאָזט-פארבלאָזענע ווינטער-ראָגאטקעס און 
טראקטן -- אופגעריסן, און דאָס אויער פארנעמט שוין פון הימלישער הייך 
אראָפּ דעם שטילן און געהיימען גערויש פון מאכנעס ווילדע גענדז, בוש- 
לען, רייערס און אנדערע, װאָס קערן זיך אום פון פרעמדע לענדער, היי- 
מיש און אין היגן קאנט און לאנד צו נעסטן. 

אָט דעמלט, האָט מען געזען, פלעגט סרולי וי אָנגעשפּיצט זײַן, פאר- 
טראכט, זײַן בליק בלאָנדזשעט אום א צעמישטער, אויך זײַן געהער, וי 
טאָפּלט וואך, אָנגעשטרענגט, גלײַך ער שפּירט עפּעס א לאנג-דערווארטע 
יעדיַע פון ערגעץ. 

דעמלט פלעגט ער, אין א שיינעם פרימאָרגן, פון קיינעם קיין אָפּשײד 
ניט נעמען און קיינעם וועגן זײַנע באשטענדיקע באהאלטענע באשלוסן 
קיין װאָרט ניט זאָגן, זײַנע א באשטענדיק אָפּגעהיטע און צו דעם צוועק 
א פארבאהאלטענע טאָרבע פון זײַן אָרעמען זאכן-סקארב ארויסבאקומען, 
ארײַנלײיגן אין איר, װאָס נאָר עס האָט אין איר געקאָנט ארײַן, און דאָס, 
װאָס אזא איינער, װי ער, סרולי, האָט צו זײַן וועג-געברויך נייטיק. ער 
פלעגט די טאָרבע אפן רוקן פארווארפן, ארויס פון הויף, װוּ ער האָט די 
לעצטע נאכט איבערגענעכטיקט, גאנץ פרי און אָן א זײַ-געזונט. אמאָל 
נאָר פלעגט ער, ארויסגייענדיק פון הויף, זיך צוריק צו אים אויסקערע- 
ווען און צום געזעגענען אים א פײַג שטעלן, נאָכאמאָל זיך אויסקערעווען 
און -- נאָך א פּײַג. דערבײַ איז אים דאָס היטל מיטן לאקירענעם דאשעק 
מער אָנגערוקט געווען אף דער לינקער זײַט פּאָנעם, וי געוויינלעך, די 
קאפּאָטע צעשפּיליעט, און אזוי מיט דער טאָרבע אפן רוקן, האָט ער 
דעמלט, -- קיינעם ניט באגעגענענדיק, און ווען יאָ, מיט קיינעם זיך ניט גריסנ- 
דיק, -- די שטאָט דורכגעשניטן און איז זיך אויסער דער שטאָט ארויס. 

ס'איז א בילד געווען צו זען, װי סרולי שפּאנט: טאָמיד אינמיטן בא- 
װוּסטן שליאך, וועלכן ער האָט אף יעדעס מאָל פון שטאָט ארויסגיין בא- 
ליבט. באליבט דערפאר, װײַל יענער איז געווען גלײַך, גלאט און װײַס- 


136 


0 


שאָסײט. און אויך דערפאר, װײַל ער ליגט עטװאָס נידעריקער פון דער 
שטאָט, און ווען מע גייט אף אים אָפּ א געוויסע שטרעקע, קאָן מען זיך 
אויסקערעווען און די גאנצע שטאָט א דערװײַטערטע דערזען און מע 
קאָן אויך איר, דער גאנצער שטאָט, אף געזעגענען א פײַג שטעלן... 

ער האָט זיך שטענדיק אין וועג אין דער מיט געהאלטן. ער האָט קיינ- 
מאָל נישט פאר קיין פּאַשעטער פּוערישער פור נישט אָפּגעקערעװעט, 
אויך נישט פאר ניט קיין פּאָשעטער: ער סזאָל ניט זײַן -- א סאָכריש 
פערד-און-וועגעלע, א פּריצישע קאָטש, אפילע נאשפּיץ געשפּאנט. און ער 
האָט נישט איין מאָל פאר אזא זאך, פאר נישט װעלן אָפּטרעטן, פון א 
פּריצישן קוטשער מיט דער בײַטש געקריגן, מיטן העסקעם טאקע פון דעם 
פּאָרעץ אליין, װאָס האָט דעם קאָפּ פון דער קארעטע ארויסגעשטעקט און 
דעם קוטשער באפוילן נאָך און נאָך איבערכאזערן. 

ער האָט אויסגעזען אין וועג, ווען דער ווינט איז אים געווען אין פּאָנעם, 
צעפלאָכטן, די פּייעס צעפלויגן און מיט די פּאָלעס פון דער קאפּאָטע אף 
הינטן אריבערגעבלאָזן, װי א טײַװל פון דער קייט זיך אָפּגעריסן.. און 
ווען פון הינטן, אז מע האָט אים אָנגעיאָגט, איז וען יאָ א װינט צי ניט 
קיין װווינט, האָט ער, ווידער נישט אָפּטרעטנדיק, מיט דער טויבער, גלײַכער 
פּלײיצע געשראָקן, מיטן פארגליװוערט-סטראָציקן גאנג, װאָס באמערקט 
קיינעם ניט און הערט זיך ניט צו צו דעם, װאָס הינטן טוט זיך, -- און מע 
האָט אים װײַטער אָפּגעטראָטן. 

דאָס איז, ווען עס באגעגנט אים יאָ עמעצער. מערסטנטייל אָבער איז צו 
יענער צײַט -- פרילינג -- איבער דער פעלדיארבעט אפן שליאך קיינער 
ניטאָ, און סרולין גייט דער טאָג איבער אָן שום טרעפענישן, אין הוילן 
פארגעניגן נאָר פון דער װעג-שטילקײַט, װאָס ער האָט דערפון די אויערן 
פול, און אמאָל אויך פונעם הודיען פון די טעלעגראף-דראָטן פון דער 
איינציקער טעלעגראף-ליניע פון יענעם קאנט, דורך יענעם וועג דורכגע- 
לייגט, און אין יענעם טאָג האָט סרולי קיין עסן, קיין טרינקען ניט בא- 
דארפט. אויך רו איז אים געווען איבעריק, װײַל ס'איז געװען הוילער, 
ספּעציַעל פאר אים געשאפענער, פון דער שטאָט באפרײַענדיקער יאָמטעוו. 

און ערשט צום סאָף טאָג פלעגט ער פון שאָסײ אין א זײַט אָפּקערעװען 
צו א קליין דערפעלע , דװאָרעץ? מיטן נאָמען, דורכוואנען זײַן וועג איז 
אים געלעגן צו יענע ייַשוּוים אין די פארוקטע וועלדער פון דונעשי און 
שומסק, דאָרט, װווּ זײַנע באקאנטע איינציקע ארענדארעס, שענקערס האָבן 
געװווינט, און װוּ בא זיי פלעגט ער אָפּזומערן, און א שטיק צײַט אין די 
היפּשע כאדאָשים פארברענגען. 

שפּעט אין אָװנט פלעגט ער זיך דעמלט אין א שומסק, אָדער אין אן 
אנדער דערפל, אין זײַנער א באקאנטער ארענדאר-ישטוב ארײַנשטעלן, װוּ 
מע האָט אים שוין געקענט און נאָך פון פאראיאָרן געדענקט. 

ער האָט די טאָרבע אָפּגעלײגט. באלד פון די פרום-פארגרעבטע ארענ- 
דארעס צו אן אָװנטיקער סודע אײַנגעלאדן געװאָרן, צו וועלכער סאיז 
טאָמיד פריש קאָרן-ברויט מיט סמעטענע אָדער זויערמילך דערלאנגט גע- 
װאָרן. 


137 


ער האָט זיך דערפרישט דערפילט, און די דאָרפישע מענוכע איז אים 
אין די ביינער געקומען -- די שטילקײַט, די בענימעסע רייד פון די ארענ- 
דארעס און דער גרויסער דערעכערעץ, װאָס זיי האָבן אים, וי יעדן גרויס- 
שטאָטישן, אנטקעגן געטראָגן; יענע זעלטענע מענוכע פון דער דאָרפישער 
ארומרינגלונג -- פון דער אפן-קאָפּיליגנדיקער שטוב, װוּ ס'האָט שטענ- 
דיק געשמעקט מיט פּאָשעטן שענק-בראָנפן, מיט וואסער פון א פארדומ- 
פּענער קרענעצע, מיט שטוביקע אויפעס, וי הינער, גענדז, װאָס זײַנען 
צו יענער צײַט, נאָכן ווינטער, פון די אייער אראָפּ און האָבן שוין קליינ- 
ווארג אויסגעפירט. מע האָט זיי אונטערן פּריפּעטשיק געהאלטן, פונוואנען 
ס'האָט זיך טאָמיד, אפילע אין אָװנט, א שטיל, קוים-קוים פּישטשען פון די 
נאָרװאָס אויסגעזעסענע ארויסגעהערט. 

ס'איז אים גוט געווען, סרולין, שוין דעם ערשטן אָװנט, ווען ער איז 
אין דאָרף אָנגעקומען, באזונדערס נאָך אף מאָרגן מיטן טאָגלעך, מיטן 
ערשטן געשריי פונעם פּאסטעך הינטער די פענצטער, װאָס רופט צונויף 
און זאמלט די טשערעדע, מיטן זון-אופגאנג און טוי, מיטן שטילן אופוואכן 
פון דאָרף צו ארבעט, מיט די פרויען, װאָס גײיען וואסער שעפּן, און מיט די 
שטיל-פארשעמטע פּוערישע קינדער אין טאטישע היטלען, װאָס שוין פון 
גאנצפרי האָבן ניט װוּהין די קינדערשע צײַט אהינצוטאָן. 

דאָס אלץ האָט אים גרויס פארגעניגן פארשאפט, און דער ערשטער טאָג 
האָט אים שוין גלײַך און אינגאנצן די שטאָט געמאכט פארגעסן און זײַן 
קאס אף איר, און מע מעג שוערן, אז סרולי איז דעמלט אויך א שטיק 
אנדערער געװאָרן: דאָס בייזע איז אוועק, דער דאשעק ניט אזוי אָנגערוקט 
איבערן פּאָנעם, דער אומצוטרוי, דער אומגלויבן און בא דער זײַט פון 
אלעמען זיך האלטן, װאָס האָט קעסיידער געפונען שארפן אויסדרוק אין 
זײַן גיין, שטיין און קוקן, איז איצט פיל געלינדערט געװאָרן. און אויס- 
געדריקט האָט זיך עס איצט אין זײַן דאוונען, װאָס ער פלעגט אין שטאָט 
דערפון מאכן בעקיצער, דאָ פלעגט ער לאנג, שטייענדיק אין טאלעס פארן 
פענצטער, אין דרויסן ארויסקוקן, און אָפט אויך אפילע בעשאסן דאוונען 
און ארויסקוקן זיך גוט צעשמייכלען. ס'האָט זיך אויך אויסגעדריקט אין 
זײַן באגיין זיך מיט די באלעבאטים ארענדארעס, בא וועלכע ער האָט זיך 
אף קעסט און אויסהאלט געפונען, װאָס כאָטש ניט איבעריק צוגעלאָזט צו 
זיי, כאָטש ניט איבעריק און ניט גאָר היימיש, דאָך האָט ער נישט ביז 
געברומט, נישט הינטנארום פארפרעמדט געקוקט, און באם צוגיין נאָענט 
און זיך ווענדן צו אים, האָט ער קיין איבעריקע שטעכלקעס אף יענעם 
צו באגעגענען ניט ארויסגעלאָזט. 

אזוי א טאָג, צוויי, א װאָך און מער -- אף איין אָרט, אין איין ייַשעו. 
דעמלט פלעגט ער אין א צווייטן אוועק --װוידער צו א פאראיאָריקן בא- 
קאנטן, ווידער אין א שטילן דאָרף ערגעץ, אין א שוין מער פארוקטן אין 
יענעם קאנט דעם וואלדישן, װוּ די זון קאָן לאנג אינדערפרי פון צווישן 
די ביימער ניט ארויסקריכן, און װוּ פארנאכט װוערט זי פארשװוּנדן פיל 
פריִער, װי אין אנדערע, פלאכלאנד- און סטעפּ-יערטער. 

װאָס טיפער ער האָט אין יענער געגנט געצויגן, זײַנען די ייַשוּוים 


18 


אלץ קלענער און אָפּגעזונדערט-איינזאמער געװאָרן, אלץ מער זײַנען די 
שליאכן נישט מיט קיין טיף-אײַנגעטראָטענע און אײַנגעפאָרענע סימאָנים 
אין דעם ערד-באָדן פארשניטן; אלץ וייניקער האָבן פּױערים אין יענער 
פארװואָרפעניש א לעבעדיקן שטאָט-מענטשן ווען געזען, און ווען יאָ, האָבן 
זי געקוקט אף אים, גלײַך װי ער װאָלט פון אן אנדער לאנד אראָפּגע- 
קומען: אלץ מער האָבן אויך ייַדישע ארענדארעס פארפרעמדט און אָפּגע- 
ריסן פון שטאָט-מענטשן זיך געפילט, װײַל זעלטן האָט צו זיי אמאָל אזא 
איינער אראָפּגעקוקט, און נאָך זעלטענער -- זיי צו א שטאָט. 

גרויס אמעראצעס האָט דאָרט געהערשט, פינצטערניש און ייַדיש- 
פּויערישער אָבערגלויבן. און סרולי פלעגט שוין דעמלט אמאָל צו אזא 
ארענדאר אָנטרעפן, וועלכער האָט דער אלעמען באװוּסטער דאָרף-מאכ- 
שייפע קיין בראָנפן נישט געװאָלט פארקויפן: װײַל, האָט ער זיך פארענט- 
פערט, װוען ער האָט איר אײנמאָל יאָ פארקויפט, אזוי האָבן זיך אין 
דער גאנצער פאס בראָנפן און אין יעדן איינציקן גלעזל באזונדערס, װאָס 
מע האָט אָנגעגאָסן, לאנגע גרינע שפּילקעס באוויזן, פון וועלכע אייניקע 
פּויערים זײַנען דערנאָך נאָר מיט בויך-גרימעניש אָפּגעקומען, און אנדערע 
גאָר אװעקגעשטאָרבן. 

דאָרט האָט יעדער ייַדישער ארענדאר אף זײַן ייִדיש לאָשן פּוערשע 
מאקעס און קרענק אָפּגעשפּראָכן, און, פארקערט, פּוערים -- ייַדישע 
קרענק אף זייער שפּראך. 

דאָרט האָבן זיך באנאכט אין די קרענעצעס ‏ ליכטלעך? באוויזן, ארום 
די קרענעצעס האָבן זיך , שקאפּעס מיט קרוינען" ארומגעדרייט, און אף 
נאָענטע און װײַטע וועגן ארום האָבן ,שיידים אף פערד" אָן זאָטלען און 
אָן צוימען געריטן, און דורך אומבלאָנדזשענדיקע פּײַערלעך באנאכט פי 
און מענטשן אין די בלאָטעס פארפירט, אף צו פאריזנעט װערן און שוין 
קיינמאָל ניט ארויס פון דאָרט -- אָדער אף אומצוקומען, אָדער גאָר א 
,קייסער" אף די זשאבעס צו ווערן... 

אזוינס און נאָך ענלעכס פלעגט דאָרט סרולי אָנטרעפן, און סרולי האָט 
זיך, נישט געקוקט אף זײַן ליבע צום דאָרף, שוין שטארק געענגט גע- 
פילט, װי די לופט װאָלט אים וייניק געװאָרן און ס'האָט אים גענומען 
ווארגן... 

מערסטנטייל פלעגט דאָס שוין סרולין טרעפן אין א לעצטן דאָרף פון 
יענע דערפער, װאָס פון דאָרט װועט ער זיך נאָך לאנגן זומעריפארברענגען 
אהיים אין שטאָט אומקערן; דאָרט, װוּ צװישן די געציילטע הײַזער איז 
אויך געשטאנען אן איינציקע ייִדישע שטוב מיט שטרוי באדעקט, וי, 
לעמאָשל, מענאשע טריַעריערס: אן אלטער אױיװוערבאָטעלער ייָד, װאָס איז 
געזעסן בא די קינדער אף אויסהאלט, און װאָס דעם גאנצן זומער פלעגט 
ער פאר דער שטוב אף אן אױסגעשפּרײטן לאנטעך אף דער ערד שין 
אָפּליגן... א טויבער, װאָס האָט װײיניק געהערט און נאָך װייניקער פאר- 
שטאנען. און דאָס איינציקע, װאָס איז אין אים יאָ פון פארשטאנד פאר- 
בליבן, איז געווען, װאָס יעדן מענטשן, װאָס פלעגט זיך צו אים דערנעענ- 
טערן, פלעגט ער אן אומזיניקע האנט אף שאָלעם דערלאנגען, פארגעסנדיק 


139 


אלעמאָל, אז ער האָט שוין דעם זעלבן איינעם, אינעם זעלבן טאָג שוין 
וויפל מאָל די האנט ביז נימעס װוערן אויסגעשטרעקט. 

אָט בא אים, בא דעם מענאשען, לעמאַשל, האָט מען סרולין פון גרויס 
לאנגװײַל דעמלט שוין געקאָנט טרעפן זיצן, װי ער שרײַט אים אין טויבן, 
פארמאכטן אוער ארײַן, נאָך דעם, װי יענער האָט, לוט דער אלטער דאָר- 
פישער געוווינשאפט און מיטן לעצטן ביסל זיניקע ווערטער, װאָס זײַנען 
אים נאָך פארבליבן, בא אים, בא סרולין, געפרעגט: 

-- הא, װאָס הערט זיך עפּעס אין שטאָט, רעב אוירעך?.. 

סרולי האָט אים דעמלט אין אוער ארײַנגעשריגן: 

-- ס'הערט זיך, רעב מענאשע, גרויס נײַס הערט זיך: מאָשיַעך איז 
שוין געקומען!.. 

און פון נאָך גרעסערן לאנגװײַל פלעגט ער נעמען מיטן אלטן װי מיט 
א קינד שפּאסן, און פיל אומזיניקײַטן פארפאסן, װוי נעמלעך: 

-- יאָ, רעב מענאשע, מאָשיִעך איז שוין געקומען, און די שטאָט פּאקט 
זיך שוין און דינגט שוין פורן אף אים באגעגענען.. ראבאָנים אין טא- 
לייסים רײַטן אף אייזלען, רעבעצנס אין טאלעסקאָטנס -- איינע אף דער 
אנדערער... די באָד הייצט זיך א גאנצע װאָך, און מענער און װײַבער 
קריכן פון דער מיקווע ניט ארויס: קי און אָקסן לויפן אליין אין שכי- 
טע-הויז; דער באלטאקסע איז אנטלאָפן, און קאצאָווים פארקויפן פלייש 
בעזיל-:האזאָל, הינט טראָגן גאנצע קעפּ, און די קישקעס שלעפּן זיי זיך 
נאָך... גאנאָװים האָבן אלעמענס קעשענעס און קישקעס אויסגעשניט.. 
קאפּצאָנים גייען אין גאָלד, און גווירים -- אין טראנטעס. 

-- אזוי, אזוי... -- פלעגט זיך דער אלטער טויבלעך כידעשן. 

אזוי און ענלעך פלעגט סרולי שפּאסן, און מע האָט געזען, ס'איז פון 
ניט האָבן דאָ װאָס צו טאָן, ס'איז פון דעם, װאָס דער אינטערעס האָט זיך 
אים שוין דאָ אױיסגעלאָזט, אז ער איז װי אין ליים פארקראָכן, און ס'איז 
אים צײַט אהיים שוין ווידער. 

און ס'איז שוין טאקע טאָמיד דעמלט אויך סאָף זומער געווען. פעלי 
דער -- אָפּגעשניטן. די שײַערס -- פול, וועלדער -- סאָף-זומערדיק פאר- 
טראכט -- לייגן זיך פריַער און שטייען אוף שפּעטער און הערן די גאנצע 
צײַט נאָר, וי וועווריקלעך רײַסן ניס און פארגרייטן זיך אף יאקרעס און 
אף ווינטער... 

אָט דעמלט פלעגט סרולי װוידער אין א שיינעם טאָג, מיט קיינעם זיך 
ניט געזעגענענדיק, די טאָרבע נעמען. ער האָט דעם וועג צום שאָסײ צוריק 
דורך די זעלביקע דערפער, װאָס בעשאסן אָנקומען, דורכגעמאכט. די גאנ- 
צע צײַט פון זײַן צוריקוועגס איז אף זײַן פּאָנעם א שטילן שפּאס צו זען 
געווען, א ביליקע מינע צו די אלע לעצט געזעענע אױיװערבאָטעלע מע- 
נאשעס און צו די נאָך ניט אױיװערבאָטעלע, װאָס זײַנען אים דאָך אל- 
ציינס געווען. ער פלעגט דעמלט א פריילעכער אפן שאָסיי ארוף, פלעגט 
פון שווערער לאנג-זומערדיקער וועלדער-געדיכטעניש וי פרײַ אָפּעטעמען, 
און מיט די אויגן געװוענדט אף פאָרויס -- צו זײַן פון לאנג פארלאָזטער 
און שוין געגארטער שטאָט צוריק... 


10 


' 
דער קריג צווישן די ברידער 
1 


ף מאָרגן גאנצפרי, נאָך יענעם אָװנט, 
וועגן וועלכן מיר האָבן אויבן דערציילט, 
2 ווען אלע דרײַ ברידער האָבן זיך אין 
מוישעס עסצימער געטראָפן, האָט אל- 
טער, װי ס'איז פאָרויסצוזען געווען, גע- 
שריגן. דאָס מאָל אָבער אזוי אומגעוויינ- 
לעך, װאָס אפילע פאר אים, פאר אל- 
טערן, א כידעש. 

ווען אין דרויסן נאָך פינצטערלעך, 
האָבן זײַן געשריי צוערשט דערהערט די 
דינסטן, װאָס זײַנען געשלאָפן אין קיך 
און האָבן איבער זייערע קעפּ זײַן אוי- 
בערשטיבל געהאט, און איינע, וועלכע 
האָט אופגעוואכט די ערשטע, האָט א פון 
שלאָף-:דערשראָקענע די צווייטע געװועקט: 

-- הערסט, סארא גרויסן פארטאָג ער האָט שוין הײַנט פארנומען. 

ביידע זײַנען שוין דערנאָך געלעגן מיט אָפענע אויגן אף זייערע גע- 
לעגערס, און כאָטש די סטעליע האָט זי אָפּגעטײלט, זײַנען דאָך אלטערס 
קוילעס דערגאנגען צו זיי, וי פון אזוי נאָענט, גלײַך לעבן זיי און אין 
זעלבן צימער װאָלט ער געשריגן. געדאכט האָט זיך זיי, אז אזוי קאָן 
שרײַען ניט נאָר איין געווינערן אין די לעצטע מינוטן פארן האָבן, נאָר 
צען מיטאמאָל, ווען צען לײַבער ווערן אופגעריסן און צען מאָל צען וויי- 
טעקן רײַסן זיך דורך נישט מער, װי דורך מענטשלעכע מײַלער, װאָס 
זײַנען צו קליין אף זיי ארויסצוברענגען. 

שפּעטער האָבן אויך די שטוב-לײַט אין די װײַטע צימערן דערהערט. 
פריער גיטעלע, מוישעס װײַב, און גלײַך, נאָך אין בעט ליגנדיק, איז איר 
שוין אָנגעקומען דער געוויסער קאָפּװײטעק, װאָס טרעפט זי שטענדיק 
אין טאָג פון אלטערס געשרייען און צווינגט זי דעם גאנצן טאָג אין בעט 





141 


אָפּליגן, אָדער מיט א פארבונדענעם קאָפּ זיך ארומשלעפּן. דערנאָך אויך 
מוישע, און נאָך אים אלע עלטערע פון שטוב, ביז די ריי איז געקומען אויך 
צו די מער דערוואקסענע קינדער, און צװוישן זיי אויך צו מייערלען. 

אין דרויסן האָט געדרייט א וינט, װאָס דערמאָנט ערעוויהארבסט, 
װאָס האָט זיך אין די סעדער פארקליבן נאָך פון באנאכט און אויך נאָכן 
טאָגיװערן ניט געקאָנט ארויס פון זיי. ער האָט אָן אופהער די ביימער- 
קעפּ הין און צוריק און אין פארשיידענע זײַטן געריסן און אמאָל אויך 
אראָפּ, צו דער ערד זיי בייגנדיק, געבראָכן. 

דער פארשטויבטער הימל, װאָס האָט אויסגעזען װי פאר אָדער נאָך א 
רעגן, איז נידעריק איבער די גאסן און הײַזער געלעגן. און ער ס'האָט 
יענעם פרימאָרגן פון א פענצטער אין דרויסן ארויסגעקוקט, זײַנען אים 
טרויעריקע מאכשאָװעס אופגעקומען, װי יעדעס מאָל, ווען דער װעטער 
בײַט זיך פון בעסער צו ערגער. 

שפּעטער זײַנען בא מוישען אין שטוב שוין אלע וואך געװאָרן. דינסטן 
אין קיך האָבן צו דער פרימאָרגנדיקער טיי פאר גרויסע און צום אי- 
בערבײַסן פאר קינדער אלץ, װאָס נייטיק, צו פארגרייטן באדארפט,-- 
עס- און טרינקיגעפעס צו וואשן און צו װישן און דעם סאמאָוואר אפן 
טיש אין עסצימער ארופצוברענגען. 

שוין דעמלט האָט מען געקאָנט זען אף די פּענעמער פון אלע דער- 
וואקסענע אין מוישעס שטוב א געוויסע באזאָרגטקײַט, װאָס די סיבע 
אירע איז געװען ניט נאָר דער שלעכטער װעטער, וועלכער וירקט 
אמערסטן אף ניכטערע הערצער בייזלעך, און ניט אויך אלטערס געשרייען, 
װאָס דריקן באשטענדיק אף אלעמען אין שטוב אָן אויסנאם און נעמען 
צו דאָס לאָשן פון מויל. ניין, -- דעריקער באזאָרגט דערפאר, װאָס שוין 
גאנצפרי האָט זיך איבער דער שטוב צעטראָגן א יעדיַע, װאָס האָט פון 
גיטעלען געשטאמט, און איינער דעם אנדערן האָט זי שטיל אפן איער 
אײַנגערוימט, --א יעדיִע, אז דער פעטער לוזי האָט באשלאָסן און האָט 
בעדייע אין א צו פארבלײַבן, און אז זייער פאָטער מוישע אין מיט זײַן, 
לוזיס, באשלוס ניט איבעריק צופרידן. 

באקומענדיק אָט די יעדיַע, האָבן אלע דעמלט דערפילט, אז די מאכ- 
לויקעס, װאָס האָט זיך אָנגעהיבן אזוי שטיל צװישן די ברידער, אין 
גרויס אײַנגעהאלטנקײַט און אין ראמען, הייבט איצט אָן פון די ראמען 
ארויסגיין; מע האָט דערפילט, אז אָט דער באשלוס דעם פעטער לוזיס-- 
אין פלוג אן אומשולדיקער, װאָס, פארקערט, אן אנדערשמאָל װאָלטן 
אים אלע מיט גרויס פארגעניגן און פאר ליב אָנגענומען---איז דאָס מאָל, 
וי פריש אונטערגעלייגט האָלץ צו פײַער, װאָס װעט דינען אלס נײַער 
שטאָף אף נאָך מער און שטארקער זיך צעפלאקערן 

אלע דערוואקסענע האָבן בא דער טיי דעמלט געשוויגן. מע האָט גע- 
טרונקען, װי נאָר פאר יויצע-וועגן. מע האָט אלעמאָל נאָר געכאפּט א 
קוק אפן פאָטער, אפן עלטסטן פון דער פאמיליע, אף מוישען, װאָס אויך 
אף זײַן פּאָנעם איז צו זען געווען די אלגעמיינע זאָרג אויסגעדריקט. אין 
דער זעלבער צײַט האָט מען אויך אלע װײַלע הינטנארום געקוקט אף 


* 142 


יענער טיר פון עסצימער, דורך וועלכער דער פעטער לוזי האָט זיך גע- 
קאָנט באװײַזן -- אויך צו דער פרימאָרגנדיקער טיי, און דאָס מאָל זײַנען 
אלע אים װי ניט גערן געווען. מע האָט מוירע געהאט, אז איצט, בייסן 
אופגערעגטן געמיט, װאָס בא אלע, זאָל מען זיך איבער א קלײניקײַט 
ניט פארטשעפּען, און, פארקערט, געהאָפט, אז אויב איצט װעט מען אויס- 
מײַדן קריג, װעט, מעגלעך, פארן טאָג דאָס, װאָס איצט אָנגעלײגט, זיך 
אָפּקילן, דאָס, װאָס קאָן איצט א קריג ארויסרופן -- געלאָשן און געשטיקט 
ווערן. 

לוזי אָבער האָט איצט איבער עפּעס פארשפּעטיקט אָדער אומיסטן זיך 
געמאכט פארשפּעטיקן, אזוי אז פון דאָרט, פונוואנען מע האָט זיך געריכט, 
איז קיינער ניט געקומען. דערפאר אָבער פון אן אנדער טיר, פון דער, 
װאָס פירט פון קיך אין עסצימער, האָט מען פּלוצעם, אן אומגעריכטן, 
א גאסט ארײַנקומען דערזען: 

סרולין, סרולי גאָל. 

ער האָט זיך אויך איצט, װוי טאָמיד, מיט א זײַט, א שטילער און א 
שװײַגנדיקער ארײַנגעשטעלט. ער האָט איצט אויסגעזען, װי גלײַך נאָר- 
װאָס פון וועג--מיט דער טאָרבע. אינדערעמעסן אָבער ניט פון וועג, 
װאָס דאָס איז געווען צו מערקן פון זײַנע אויסגערוטע פּאָנעם און אויגן, 
וועלכע האָבן איידעס געזאָגט, אז די נאכט פון נאָך זײַן אָנקומען האָט 
ער שוין ערגעץ אנדערשׁווּ איבערגענעכטיקט. צוזאמען דערמיט האָט 
מען אויך באמערקט, אז דאָס, װאָס ס'קומט איצט פאָר דאָ אין שטוב, די 
באזאָרגטקײַט פאר מעגלעך-פאַרשטייענדיקע אומאַנגענעמלעכקײַטן, וי 
אויך דאָס, װאָס פאר אָט דער באזאָרגטקײַט איז פאָרגעקומען, איז אים, 
סרולין, שוין באװוּסט: צו זײַן אָנגעשפּיצטן אויער, װײַזט אויס, איז דאָס 
שוין פון ערגעץ-ווּ דערגאנגען. מע האָט אויך געזען, אז ס'טוט אים 
האנאָע דאָס פאָרשטייענדיקע, גלײַך א גרויס גליק ווארט אים, פון וועלכן 
ער איז האָפערדיק, און זײַן בליק שפּילט צופרידן און מיט שאָדנפרייד. 

ער האָט, װי זײַן שטייגער, באם ארײַנקומען קיין גוט-מאָרגן ניט 
געזאָגט, ניט געווינטשעוועט און זיך ניט געגריסט מיט קיינעם. ער האָט 
נאָר זײַן טאָרבע אין א וינקל ערגעץ אָפּגעלײגט--א סימען, אז ער 
קלײַבט זיך דאָ א ביסל מער, וי געוויינלעך, צו פארבלײַבן, און באלד 
נאָך דעם האָט ער, ניט קיין אײַנגעלאדענער און ניט קיין גערופענער פון 
קיינעם, באגלײַך מיט אלע צום טיש, װוּ מוישעס שטוב-לײַט האָבן טי 
געטרונקען, זיך אוועקגעזעצט. 

דעמלט האָט מען אויך געזען: סרולין האָט דאָס מאָל די טי ניט 
אינטערעסירט, -- צי מאכמעס שוין אָפּגעטרונקען, צי נאָך ניט---אלציינס. 
די אויגן האָבן אים נאָר די גאנצע צײַט איבער די שטוב-לײַט אומגע- 
שוועבט, גלײַך ער װאָלט געזוכט צװישן די פּענעמער, װאָס זײַנען אים 
שוין פון לאנג באקאנט, עמעצנס אן אומבאקאנטס. ניט געפינענדיק אָבער 
דאָס געזוכטע, האָט ער אלע װײַלע געװענדט זײַן בליק צו יענע טירן 
װאָס פירן אין עסצימער, דורך וועלכע ער האָט געפילט, אז דער אומבא- 
קאנטער דארף זיך און מוז זיך פון איינער פון זיי באװײיזן. 


143 


דעמלט האָט מוישע פון הינטערן טיש זיך אופגעהויבן און צו זיך 
אוועק. און באלד, שפּעטער עטװאָס, איז לוזי, װי ער װאָלט זיך אָפּגע- 
רעדט מיטן ברודער זיך דאָס מאָל ניט צו באגעגענען, דורך אן אנדער 
טיר ארײַן. 

סרולי, װאָס האָט, װי געזאָגט, די גאנצע צײַט געווארט אף אים, האָט 
אים באלד באמערקט: אן אויסגעוואשענער צום פרימאָרגן, א שטאלטנער, 
און אזא, וועלכער שאפט יעדעס מאָל אכט און יאָמטעו, ווען ער בא- 
װײַזט זיך. 

ער האָט מיט א זײַטליבליק געכאפּט א קוק אף אים און געװאָלט, װי 
זײַן שטייגער, באלד אָפּװענדן פון אים זײַן בליק און פּראוװען יענע 
בארויגעז-מינע, װאָס ער פּראװעט בענעגייע אלע אנדערע. דאָס מאָל 
אָבער איז זי, קעגן זײַן װוילן, בא אים עפּעס ניט ארויסגעקומען. ניט גע- 
ראָטן. פארקערט: ער איז װי צוגעקלעפּט געװאָרן צו לוזין, און אזוי װײַט, 
אז ווען לוזי האָט זיך פון דער טיר צום מיט שטוב און צום טיש געלאָזט 
צו גיין, אזוי האָט סרולי, נישט באמערקט פאר זיך אליין, מיטאמאָל פון 
זײַן אָרט זיך א הייב געטאָן, און דאָס, װאָס ס'געשעט זעלטן מיט אים, 
איז דאָס מאָל יאָ געשען ער האָט לוזין זײַן האנט אף ‏ שאָלעם" דער- 
לאנגט. 

עמעס, ער איז גלײַך בארויגעז געװאָרן אף זיך פאר אָט דער שוואכ- 
קײַט, װי אים האָט געדאכט, אָבער, װאָס געטאָן, איז געטאָן, און צוריק- 
כאפּן איז שוין צו שפּעט געווען. 


זײַן האנט-געבן דעמלט האָט דערװײַל עטלעכע זאכן מיטאמאָל בא- 
שטעטיקט. ערשטנס, אז אויך ער, סרולי, איז אמאָל ניט אין דער האנט 
בא זיך, אז ער גייט אמאָל פון זײַן אײַנגעשטעלטן געדער ארויס, און זײַן 
ראָל, װאָס ער האָט אף זיך גענומען, קאָן ער בא געוויסע אומשטענדן 
ניט אויסהאלטן און דערפירן ביזן סאָף; צווייטנס, האָט באשטעטיקט, אז 
סרולי האָט שוין פון לוזין, װײַזט אויס, פון פריַער געװוּסט און מעגלעך 
אמאָל אויך ווען אים געזען אין אָט דער שטוב, און ווען אפילע אויך 
ניט געזען, האָט ער דאָך הינטער די אויגן געהאט פון אים א געוויסע 
פאָרשטעלונג, וועלכע האָט לוזין אויסגעטיילט און ארויסגערופן בא אים 
צו אים, צו לוזין, ניט דאָס, װאָס צו אלע אנדערע: דריטנס, באשטעטיקט, 
אז ניט צוליב קיינעם, נאָר אליין טאקע צוליב לוזין האָט ער זיך דאָס 
מאָל גאנצפרי צו מוישען אין שטוב ארײַנגעשטעלט, ---צי צוליב נײַגערי- 
קײַט, צי צוליב אנדערע טײַמים, װעלן מיר שפּעטער זען, דערװײַל איז 
דאָס ניט איבעריק קלאָר געווען און אף סרולין ניט צו דערקענען. 

װאָס געהערט לוזין, האָט ער צו סרולין קיין שום נײַגער ניט ארויס- 
געוויזן, גלײַך ער קען אים שוין פון לאנג, אָדער ווען אפילע ניט פון 
לאנג, איז, אלנפאלס, קיין איבעריקן אינטערעס צו אים; און פארקערט, 
ווען לוזי האָט באמערקט, אז אלע שטוב-לײַט פילן זיך געענגט אין זײַן 
אַנװעזנהײַט און אז סרולי שאפט זיי אומאַנגענעמלעכקײַט, און יעדער 
איינער זעט איצט זײַן טיייטרינקען װאָס גיכער צו פארענדיקן און זיך 


9--9 14 


ארויסרוקן פון טיש, האָט ער זיך געװוּנדערט און אף אלעמען א ניט- 
באנעמענדיקן, ניטיפארשטייענדיקן בליק אָנגעשטעלט. 

די שטוב-לײַט אָבער האָבן דאָס ניט באמערקט, און איינער נאָך איי- 
נעם האָבן זיך פון די ערטער אופגעהויבן און גענומען ער װוּהין אוועק- 
צוגיין. געבליבן איז נאָר גיטעלע מיטן פארבונדענעם קאָפּ פון ווייטעק, 
פון וועלכן זי האָט שוין פון גאנצפרי געליטן. זי איז געבליבן, קעדיי, 
ערשטנס, וי איר שטייגער, לוזין באם טיש צו באדינען -- דאָס מאָל אים 
טיי אָנצוגיסן און צו דערלאנגען, און, צווייטנס, קעדיי באלד, װי אלע 
זײַנען זיך פון טיש צעגאנגען, אים די ערשטע פראגע צו שטעלן (די 
ערשטע אָבער נאָר פאר יויצע-וועגן): , צי האָט ער געהערט פארטאָג 
אלטערן שרײַען??"-- און דערנאָך, ווען זי האָט אן ענטפער אף יאָ באקו- 
מען, האָט זי א פרעג געטאָן וועגן איקער, װאָס האָט זי אינטערעסירט, 
וועגן וועלכן מוישע איר מאן האָט איר שוין גאנצפרי, נאָך אין אלקער 
זײַענדיק, צו וויסן געגעבן, און װאָס, אופשטייענדיק, האָט זי, פון איר 
זײַט, אירע שטוב-אייגענע דערציילט --וועגן לוזיס באשלוס אין א צו 
בלײַבן; 

-- צי איז דאָס טאקע עמעס, לוזי, װאָס מוישע האָט איר דערציילט? 

-- עמעס, -- האָט איר לוזי געענטפערט. און אויך דאָס מאָל, װי אלע- 
מאָל, ווען ס'גייט וועגן אן איניען, װאָס ער האלט, אז איבעריקע מענטשן 
זאָלן דערפון ריידן איז איבעריק, און אז ביכלאל זײַנען רייד ניט נייטיק, 
האָט ער זיך געמאכט, װוי װײַטערדיקע פראגעס איז ער ניט גערן און 
ווידער וועגן דעם שמועסן איז אים ניט ניכע. 

גיטעלע האָט דאָס באמערקט, און דאָך האָט זי זיך ניט אײַנגעהאלטן 
פון נאָך איינער א פראגע: 

-- און װאָס רעכנט ער צו טאָן מיט זײַן דירע און מיט אלעם איבע- 
ריקן פארמעגן? 

-- פארקויפן, 

-- און דאָ? 

-- זיך דינגען. 

-- דינגען?.. בא פרעמדע, און נישט בא אונדז? 

-- יאָ, -- האָט לוזי ווידער קורץ געענטפערט. 

דעמלט איז גיטעלע שטארק אָפּהענטיק געװאָרן, דער קאָפּװייטעק האָט 
זיך איר פארשטארקט, ס'איז איר שװוער געװאָרן באם טיש צו פארבלײַבן, 
זי האָט לוזין פארלאָזט, און אליין צו זיך אין איר אלקער אוועק, 


א שװוערער טאָג האָט זיך דעמלט געשטעלט אין שטוב בא מוישען-- 
סײַ פאר אים, פאר מוישען אליין, סײַ פאר אלע זײַנע אייגענע, אָנגע- 
קומענע, אָנגעפאָרענע, און פאר אלע, װאָס האָבן געהאט צו זײַן שטוב 
א שײַכעס, 

נאָך דעם, װי גיטעלע איז פון עסצימער ארויס, אזוי האָט לוי, 
בלײַבנדיק אליין, גענומען ארומשפּאנען, װי זײַן שטייגער טאָמיד פארן 
דאוונען, מיט די הענט אין די צװיי הינטערשטע קעשענעס פון זײַן 


145 


קאפּאָטע ארײַנגעשטעקט. דאָס מאָל צערודערט און פארזאָרגט זייער, װײַל 
די קוילעס פון אלטערן, װאָס האָבן שוין פריַער געהאט אופגעהערט, אנ- 
שוויגן געװאָרן, האָבן זיך איצט באנײַט, און נאָענט פון איבער דער 
קיך-סטעליע קומענדיק, האָבן אים גרויס צאר פארשאפט און מיטפילנדיקן 
ברודערישן אנגסט אף זײַן פּאָנעם ארויסגערופן. און לעסאָף, ווען אל- 
טערס געשרייען האָבן זיך נאָך מער פארשטארקט, האָט ער זײַן אומשפּא- 
נען איבערגעריסן, ער איז אף א װײַלע שטיין געבליבן, דערנאָך האָט ער 
פון זײַן אָרט א גיי געטאָן, צו דער קיך זיך געלאָזט, און פון דאָרט צו 
די טרעפּ, װאָס פירן צו אלטערן אין אייבערשטיבל, ארוף. 

אז ער איז ארוף, האָט ער דערזען; 

אלטערס באָכערישער צימער מיט איין בעטל, טישל, בענקל האָט אויס- 
געזען פארלאָזט, עלנט, גלײַך ניט צװישן מענטשן װאָלט ער דאָ געװוינט, 
גלײַך ניט קיין אייגענע װאָלט ער אונטער דער פּאָדלאָגע געהאט, נאָר 
וי ערגעץ אין א וואלד, אף א װיספּע ערגעץ זײַן שטיבל. 

דער צימער, די ווענט, האָט אים געדאכט, האָבן אלטערס פארלוירענע 
באָכערשע יאָרן באדויערט, און דאָס פענצטער, װאָס קוקט אין סאָד ארויס, 
האָט װי ניט נאָר איצט אינעם שלעכטן וועטער, נאָר קעסיידער, אין אלע 
יאָר-צײַטן דאָס זעלבע בילד, װאָס איצט דאָ, צו זען געמאכט: א בילד 
פון ביימער, װאָס װוינטן ברעכן זיי, און שטענדיק פארשטויבטע און פאר- 
כמארעטע לופט און הימל. 

אלטער איז אין מיט צימער געשטאנען װײַט ניט אין מענטשלעכער 
אַרדענונג.. ער האָט זײַנע הענט אין איין ברעכן געהאלטן אזוי גיך, 
אזוי האסטיק, אזוי ווילדימעשונע, גלײַך ער ויל זיי פון די גלידער 
ארויסדרייען און זיי פון זיך אָפּשלײַדערן. דערבײַ איז זײַן בליק פאר- 
טראָגן, און אָפט שלאָגט ער זיך אין קאָפּ מיט די שפּיציקע פינגער- 
ביינדלעך פון זײַנע קולעקעס און סאָפּעט נאָך דעם, װי נאָך א שווערער 
מעלאָכע. 

אז ער האָט אָבער לוזין דערזען, האָט זיך אים אף א װײַלע דער 
בליק וי אױיסגעלײַטערט, ער האָט אופגעהערט די הענט צו ברעכן און 
זיך אין קאָפּ שלאָגן, און אף א מינוט, אף איין מינוט נאָר, זינען גע- 
קראָגן, װי נאָר װעדליק אף ארױסצושרײַען: אוי, שלעכט, ברודער... אוי, 
ביטער, ברודער... 

באלד אָבער האָט ער װוידער דעם זינען פארלוירן. ער האָט אויסגעזען, 
גלײַך עמעצער האלט אים ערגעץ אין איין רופן, און ער הערט זיך אײַן 
אין יענעמס רוף, און ווען ער דערהערט יענעמס קאָל דײַטלעך, אזוי טוט 
פון אים אינװייניק א ווילד געשריי א גיי, אזא, װאָס צערײַסט אים שיר 
ניט דאָס מויל מיט די אנגלען אינדרויסן, און די קישקעס אין בויך-- 
אינװייניק. 

ווען דאָס געשריי לאָזט אים נאָך און גייט אים איבער, װויל ער זיך 
מיט זײַן בליק אין א שטוב-געגנשטאנד פארהאלטן, אין א וואנט, אין א 
פענצטער, אין װאָסיניט-איז, אבי זיך פון יענעמס הערשאפט צו באפרײיען 
און פון שרײַען זיך אָפּצוהאלטן, אָבער יענער האלט אים פעסט, יענער 


146 


האלט אין איין ווידערופן. אלטער פארלירט וידער דעם בליק, און ווי- 
דער איז ער שוין אין רעשוס בא יענעם, און ס'רײַסט זיך שוין נאָכאמאָל 
א נײַ און ווילד אויסגעשריי פון אים. 

לוזי איז צו אים צוגעגאנגען. ער האָט אים געפּרוּווט בארויַקןן-- מיט 
דער האנט דעם קאָפּ געגלעט און דעם שווייס פון שטערן געווישט. יענער 
האָט זיך אף א װײַלע געלאָזט. אָבער באלד וידער אפסנײַ.. און לוזי 
האָט געזען, אז קיין מענטשנס האנט איז דאָ גאָר ניט בעקויעך אופצוטאָן, 
אז א מענטש, אפילע דער נאָענטסטער, איז דאָ מיט זײַן גרעסטן מיטגע- 
פיל און מיטלײַד אומבאהאָלפן -- האָט ער זיך אויסגעדרייט פון צו קוקן 
אף אלטערס אומפארמײַדלעכער אנגסט און פון צו זען אים אין זײַן בא- 
שערטקײַט. און, אויסקערעווענדיק זיך, האָט ער איצט באם ארײַנגאנג אין 
אלטערס צימער, בא א טיר-זײַט איינער, א קינד דערזען: מײערלען. 
ער האָט אים פריַער ניט געהאט באמערקט, און איצט מיטן פּאָנעם צו 
דער וואנט שטיין געטראָפן, אויסגעקערעוועט, מאכמעס מוירע האָבנדיק 
אף אלטערן צו קוקן, אָבער אין דער זעלבער צײַט, װי צום אָרט צוגע- 
בונדן, און יעדער אלטערס געשריי האָט זײַן קערפּערל געמאכט אופצי- 
טערן און זײַן הערצל -- מיט א געוויין אויסברעכן און כליפּען. 

לוזי האָט מייערלען בא א הענטל אָנגענומען, ניט זאָגנדיק גאָרניט, 
אים פון צימער ארויסגעפירט, צוזאמען מיט אים די טרעפּ אראָפּ, און אזוי 
דאָס קינדערשע הענטל פון זײַנער נישט ארױיסלאָזנדיק, איז ער מיט דעם 
דורך דער קיך דורכגעגאנגען און אין עסצימער ארײַן. 

אז סרולי, װאָס איזן די גאנצע צײַט פון לוזיס אָפּװעזנהײַט אליין 
געזעסן, האָט אים איצט, דאָס קינד פארן הענטל מיטפירנדיק, אף דער 
שוועל ארופטרעטן דערזען, האָט ער זיך װוידער, װי פון ניט-װוילנדיקן און 
געצװוּנגענעם דערעכערעץ, פון זײַן אָרט א הײב געטאָן. ער האָט זיך 
אַבער באלד צוריק געכאפּט, און װי װעלנדיק פארענטפערן זײַן פּלוצעם 
אופהייבן-זיך, האָט ער א גיי געטאָן צו לוזין, זיך אים אנטקעגן געשטעלט 
און פאר זײַן פּאָנעם געקומען, און אומגעריכט און, מעגלעך, פריִער מיט 
א מינוט אליין אפילע ניט געטראכט דערפון, האָט איצט א זאָג געטאָן 

-- ער װאָלט גערן װעלן, אויב לוזי האָט איצט צײַט, מיט אים זיך 
דורכשמועסן, ער האָט א וויכטיקן איניען צו אים. 

-- צו אים? -- האָט לוזי אף אים פארכידעשט א קוק געטאָן, גלײַך ער 
זעט אים דאָס ערשטע מאָל. 

-- ניין, איצט ניט, -- האָט לוזי געענטפערט, אָנװײַזנדיק, װי אף דער 
סיבע פון זײַן איצטיקן ניט-קאָנען, אפן קינד, װאָס ער האָט נאָך אלץ 
באם הענטל געהאלטן. אינדערעמעסן אָבער, מיינענדיק ניט דאָס קינד, 
נאָר זיך, װאָס דאָס נאָרװאָס געזעענע בא אלטערן האָט אף אים א שװוערן 
אײַנדרוק געמאכט. -- איצט ניט, -- האָט ער געזאָגט, -- ער איז ניט אימ- 
שטאנד אצינד, 

-- ווען דען? 

-- נאָכן דאוונען, באטאָג, באנאכט, ווען נאָר ער, סרולי, װועט װעלן. 

סרולי האָט זיך שוין געהאט אָנגעברױגעזט, און אף זײַנע ליפּן האָבן 


147 


שוין געזאָלט קומען יענע ביזע װערטער, מיט וועלכע ער באגעגנט 
יעדעס מאָל א מינדסטע באליידיקונג פון א געוויסן סאָרט מענטשן, וועמען 
ער פארשװײַגט ניט און צאָלט צוריק מיט הארבער באליידיקונג. דאָס מאָל 
אָבער זײַנען די װוערטער פון זײַן מויל ניט ארויסגעקומען, און נאָר די 
טײַטש זייערע האָט מען אין זײַנע אויגן געקאָנט איבערלייענען. און ניט 
ארויסגעקומען זײַנען זי ניט נאָר דערפאר, װאָס צו לוזין האָט ער זיך, 
וי געזאָגט, אנדערש װי צו אנדערע באצויגן, נאָר אויך, און עפשער 
דעריקער, דערפאר, װאָס, אז לוזי האָט זיך איצט אָפּגעזאָגט פון אים 
אופצונעמען און מיט אים דעם געװוּנטשענעם געשפּרעך צו האָבן, האָט 
ער, לוזי, זיך ניט געזאמט, לענגער זיך ניט פארהאלטן, נאָר באלד טאקע 
זיך אָפּגעקערעװעט, פון עסצימער ארויס און אין זײַן װײַטן, אָפּגעזונ- 
דערטן אלקער אוועק. 

אין א שטיקל צײַט שפּעטער, אז סרולי, װאָס איז אליין געבליבן, 
האָט זיך גענומען עפּעס פּאָרען בא דער טאָרבע, פון דאָרט זײַן טאלעס- 
און-טפילן ארויסגענומען און זיי אָנגעטאָן, און נאָך דעם, װי ער האָט, 
וי זײַן שטייגער, אפגיך אָפּגעמרוקעט דאָס דאוונען, צוריק אױסגעטאָן 
דעם טאלעס-און-טפילן און זיי אין טאָרבע ארײַנגעלײיגט, ---האָט ער זיך 
צוערשט פון עסצימער אין קיך ארויס געלאָזט, מיטן מיין, אויב סוועט 
זיך לאָזן און, װי ער איז געװוינט געווען, מיט די דינסטן א געשפּרעך 
צו פארפירן. 

דאָס מאָל האָט זיך עס ניט געלאָזט: די שװערע שטימונג פון דער 
שטוב אין יענעם פרימאָרגן האָט זיך אויך װוי די דינסטן איבערגעגעבן, 
אויך זיי אָנגעשטעקט, און זיי, די דינסטן, װאָס זײַנען דאפקע טאָמיד אף 
אזוינע זאכן באלאָנים און זײַנען גרייט מיט וועמען-ניט-איז און אין אלע 
צײַטן צו פארברענגען, האָבן דאָס מאָל סרולין עפּעס ניט איבעריק גערן 
באגעגנט, און בא איינער, בא דער קעכנע, וי נאָר זי האָט אים אף דער 
שװועל ארופקומען דערזען, האָט זיך אן אומבעקאָװועדיקער אויסגעשריי 
אין א ניט צופרידענעם טאָן ארויסגעריסן: 

-- ס'קאָצל קומט, רעב סרולי... 

זי האָט מאכמעס מוירע זיך אפילע באלד פארכאפּט און די ערשטע 
פּאָר װוערטער מיט אנדערע, מער אכטנדיקע און צוגעלאָזטע, געװאָלט 
פארגלעטן. סרולי אָבער האָט זיך שוין ניט הערנדיק געמאכט: די אנדערע, 
װי די ערשטע, װי פארבײַ אוער דורכגעלאָזט, זיך געמאכט, גלײַך זײַן 
מיין איז ניט געווען דאָ אין קיך זיך צו פארהאלטן, נאָר פארבײַצוגיין. 
און אזוי האָט ער טאקע באלד געטאָן--ער איז די קיך דורכגעגאנגען 
און פון הויז אין הויף ארויס. 

שפּעטער א ביסל האָט מען אים געזען שטיין בא דער געשלאָסענער 
פאָרטקע פון סאָד, װוּ דער װוינט האָט אים אין פּאָנעם און אין דער באָרד 
געפּאטשט, און מיט יעדער ווינט-אָנפלי, װאָס אין פון סאָד און פון צװישן 
די ביימער געקומען, האָבן זיך אים די פּאָלעס אונטן בא די פיס פאר- 
הויבן. 

ער איז געשטאנען א פארטראָגענער, א פארטראכטער לידיקגייער. 


148 


דאָס זעלבע שפּעטער באם ברונעם, װוען מע האָט אים געזען: ווידער 
פארטראכט, און ער האָט אויסגעזען, װי איינער, װאָס שוין פון גאנצפרי 
האָט ער ניט װאָס צו טאָן, לאנגװײַלט זיך און זוכט, װוּ די צײַט אהינטאָן. 

און אָט, אָט דער לאנגװײַל, דאָס ניט וויסן, װוּ און מיט וועמען צו 
פארברענגען, האָט אים לעסאָף ארײַנגעבראכט אין שטיבעלע פון מיכאל- 
קע דעם הויף-היטער, אין דעם נידעריקילענגלעכן, מיטן איינעם נאָר 
הילצערן באנקבעטל, בענקל און טישל, װאָס האָט געשמעקט מיט שווייס 
און קאָרן-ברויט, מיט פארוויאנעטע קרײַטעכצער און ביליקן ליולקע- 
טוטין, און װוּ דאָס גאנצע שטיבעלע האָט נאָר איין קליין פענצטערל לעבן 
דער טיר באם ארײַנגאנג געהאט, און דערום אויך באטאָג דאָרט באשטענ- 
דיק פינצטער. 

א קליין, גראָשנדיק הענג-לעמפּעלע, א פּלאָשַקעלע אף דרעטלעך, האָט 
פאר אן אלטער פארייכערטער איקאַנע אין א סטעליע-ווינקל געברענט. 
אונטערן לעמפּעלע, אף א הילצערן פּאָלעטשקעלע--עטלעכע וערבע- 
ריטלעך נאָך פון פאראיאָריקן װערבע-יאָמטעוו, אויך א פלעשל קויטיקע, 
גראָװע, איבערגעשטאנענע וואסער פון , קרעשטשעניע", דאן א פּאָר 
דאָרפישע ערדענע טעלער און שיסל, א הילצערנער, פון פארב אָפּגע- 
קראָכענער, לעפל. און שוין -- קיין שום מעבל און קיילים מער, און פון 
דעם אינגאנצן, פון אָט דעם שטיבעלע און הױיזיראָד, איז דער באלעבאָס 
און אייגנטימער געווען אן אלטער, אין רוקן-געבראָכענער, מיכאלקע, װאָס 
שוין אָן א קאָל קימאט און מיט שוואכער ריע. 

אהין, אין יענעם שטיבעלע, האָט זיך סרולי אין יענעם פרימאָרגן 
נאָך לאנגן, פּוסטלעכן אומדרייען זיך אין הויף, ארײַנגעשטעלט. און אזוי- 
װי מיכאלקע איז שוין אלט געוען, און טאָמיד, װוי נאָר ער איז פון 
אנדערע ניט גערופן און ניט אופגעפאָדערט געװאָרן צו ארבעט, האָט ער 
זיך קיינמאָל אליין ניט דערמאַנט און צו איר זיך ניט גענומען און 
אזויווי איצט נאָך אין צו אים א מענטש ארײַן--זאָל זײַן אפילע צו 
פרי, ניט צו דער צײַט, און אפילע ניט זײַן גלײַכן דער מענטש, װאָס 
פארברענגען מיט אים האָט ער אפילע ניט געקאָנט האָפן --דאָך האָט 
דאָס אים פאר א גוטן טערעץ און בארעכטיקונג געדינט אף זיך צו 
פארהאלטן און, קלוימערשט, מאכמעס קאָװעד פארן מענטשן, מיט אים צו 
פארבללײיבן. 

און מאָדנע: סרולי, האָט זיך מיכאלקען געדאכט, איז דאפקע יאָ גערן 
געווען מיט אים צו פארברענגען, און, פארקערט, ער האָט אים צו זײַן 
פוילקײַט געהאָלפן, אים נאָך מוט אונטערגעגעבן: ,נישקאַשע, האָט עס 
געהייסן, די ארבעט װעט ניט אנטלויפן, אײַלן האָט ער זיך ניט װאָס, 
װאָרעם ביכלאל האָט ער זיך שוין גענוג אָנגעארבעט, און ס'איז שין 
צײַט אים אמאָל אויך צו רוען? 

סרוליס פּאָנעם דערבײַ האָט מיט שפּאָט געשפּילט. ס'האָט אויסגעזען, 
ער רעדט און הערט ניט און האָט מיכאלקען אפילע ניט אין זינען און 
דאָך, ניט אין זינען האָבנדיק, האָט ער פונדעסטוועגן מיכאלקעס אלט 
ביסל סייכל אין א געוויסער ריכטונג געקערעװעט, אין יענער, אף וועל- 


149 


כער ס'לאָזט זיך יעדער דינער בענעגייע זײַן באלעבאָס, אין יענער, װאָס 
יעדער דינער, דער געטרײַסטער אפילע, לאָזט זיך אֹף זײַן באלעבאָס 
אַנרײדן, אז דער באלעבאָס באגייט אים אוולעס, אז אומזיסט לייגט ער 
זיך אוועק און דינט אים אזוי געטרײַ, װײַל ס'איז איבעריק און ארויס- 
געװאָרפן, װאָרעם די , פּאָדיאקעס? פון די באלעבאטים זײַנען אווייסט 
מען שוין, װאָס פארא , פּאָדיאקעס?. 

סרולי האָט דערבײַ אונטערגעהאלטן די טײַנעס, װאָס זײַנען בייסן 
שמועסן אופגעקומען בא מיכאלקען: אז ער איז טאקע גערעכט, מיכאלקע, 
אז די דינסטן שאפן זיך טאקע מיט אים איבעריקס, אז זיי לייגן אף אים 
ארוף אזוינס, װאָס זיי אליין זײַנען עס גאָר מעכויעוו צו טאָן. און נאָך 
מער: װאָס טאָמיד, בייס א קריג מיט זיי, גיבן די באלעבאטים שטענדיק 
אַפּ דעם גערעכט זײי, די דינסטן, װאָס אינדערעמעסן גערעדט, װאָס 
פארא דינער זײַנען זײי?-- הײַנט קומען זיי, מאָרגן גייען זיי, -- און ער, 
װאָס דינט שוין דאָ אזויפיל יאָר, רעכנט מען זיך מיט אים גאָר ניט, 
וי מיט א הונט, און ער בלײַבט טאָמיד דער אומגערעכטער. 

-- טאקע גערעכט, מיכאלקע... 

אין שטיבעלע איז טונקל געוען. ריישיס, מאכמעס דער טונקעלער 
שײַן ביכלאל פון יענעם פרימאָרגן. און באזונדערס, מאכמעס דאָרט, וי 
געזאָגט, אלע פרימאָרגן טונקל --איבערן איינעם, קליינעם פענצטערל, 
װאָס קוקט אין הויף ארויס. 

ס'האָט אויך איצט געשמעקט מיט קאָרן-ברויט און מיט דאָרפישע 
קרײַטער און אויך מיט מאכאָרקע-רויך, װאָס מיכאלקע האָט, צוזאמען 
מיט זײַן אלט-דינערשער טארומעס, פון זײַן אלטער, שוין זיבן מאָל 
דורכגערייכערטער ליולקע, צו דער סטעליע געלאָזן. 

סרולי האָט אים, שפּאָטיש אויסהערנדיק, ניט אויסהערנדיק, דעם גע- 
רעכט אָפּגעגעבן, אים באדויערט און מיטגעפילט: 

-- גערעכט, מיכאלקע, --האָט ער געזאָגט, --אף דער עלטער איז 
יעדער מענטש א הונט א פארלאָזטער, ביפראט א מענטש, װאָס דינט בא 
יענעם, ביפראט א סטרוזש אף דער עלטער. און ס'איז שוין באלד עפשער 
ניט קעדײַ טאקע, און צי אין שוין ניט צײַט אים, מיכאלקען, אהין, אף 
יענער-וועלט, זיך איבערפּעקלען. 

-- יאָ, עמעס, -- האָט זיך דאָ מיכאלקע צעווארעמט און זײַן מיטשפּרע- 
כערס רייד פאר ערנסט און פאר א גילטיקער מאטבייע אָנגענומען, --ער 
מיינט אויך אזוי און ער גרייט זיך שוין טאקע. 

און קעדיי דאָס נאָרװאָס געזאָגטע צו באשטעטיקן, האָט מיכאלקע דאַ 
סרולין פון אונטער זײַן צוקאָפּנס פון באנקיבעטל א נײַ אויסגענייט העמד 
און װײַסע לײַװונטענע פּלודערן אפירגענומען און אים, סרולין, באוויזן, 
װאָס די דאָרפישע טאָכטער זײַנע האָט אים ערשט ניט לאנג א מאטאָנע 
געבראכט---אלץ צו זײַן קװוּרע נייטיק. 

און װײַטער האָט מיכאלקע, קעדיי צו פארשטארקן דעם אָנגענעמען 
גוטן געדאנק, װאָס סרולי האָט אים אופגעגעבן, אים פארטרוילעך דער- 
ציילט, אז ער האָט אויך א קליין קניפּל אָנגעקליבן בא דער טאָכטער, און 


10 





אויך א קליינעם כאזער אף האָדיוולע---אף בראָנפן און אף א סודע פאר 
גוטע לײַט, זיי זאָלן זײַן נעשאָמע, נאָכן ארויסבאלייטן אים, דערמאָנען. 

דערבײַ האָט ער סרולין אויך אייניקע סימאָנים איבערגעגעבן, װאָס 
ער האָט די לעצטע צײַט באמערקט, וועלכע װײַזן קלאָר, אז אזוי טאקע 
איז עס, און אז ער מוז זיך שוין טאקע באלד אין וועג ריכטן, און אז 
זײַן שאָ איז געקומען. 

ווי, לעמאָשל, סימען נומער איינס: 

יעדעס מאָל נאָכן עסן אפדערנאכט, אז ער וואשט אויס די שיסל און 
דעם לעפל און שטעלט זיי אװעק, לייגט זיי אװעק, װי דער שטיגער, 
מיט די מײַלער ארוף, איז אז ער שטייט אוף אינדערפרי, טרעפט ער זי 
קעסיידער איבערגעקערט -- מיט די מײַלער אראָפּ. 

סימען נומער צוויי: 

יעדעס מאָל די לעצטע צײַט, אז ער גייט אינדערפרי אין דרויסן 
ארויס, שלאָגט ער זיך אָן אין דער שועל, גלײַך א פּידמעטיק איז בא 
אים צעריסן און ער װאָלט זיך פארטשעפּעט אין אים, ווען אינדערעמעסן 
איז דאָס ניט אזוי, און יעדעס מאָל דאכט זיך אים דעמלט נאָך, אז 
עמעצער טוט אים פון דרויסן צוריק אין שטוב ארײַן א שטויס, גלײַך ער 
זאָגט אים, אז ער האָט שוין ניט װאָס צו טאָן אין דרויס. 

און נאָך און נאָך סימאָנים. נאָר דעריקער, זאָל ער הײַנט הערן, וי 
ער, דער גאָטס-ראכמאָנעס, דעם באלעבאָס' ברודער, אלטער, אין זײַן 
אויבערשטיבל שרײַט, װי ער האָט ביז אהער קײנמאָל ניט געשריען. און 
דאָס אין א סימען, אז עפּעס דארף דאָ געשען, אז דער דאָמאָװאָי איז 
הוֹנגעריק, אז ער דארף א קאָרבן.. 

-- און באזונדערס פילט ער עס, זינט ער... יענער... איז געקומען, -- 
האָט מיכאלקע דאָ, װי געהיים זיך אומקוקנדיק, א זאָג געטאָן, און װוער 
דער ,ער", דער ,יענער", ניט דערקלערט און זײַן נאָמען ניט אָנגערופן. 

-- װער? -- האָט אים סרולי א פרעג געטאָן. 

-- ער, דעם באלעבאָס' צווייטער ברודער, דער גאסט, װאָס (ער 
ווייסט עס אף זיכער, מיכאלקע) איז ניט קיין ראָו, ניט קיין רעבע, נאָר 
אײַערער א מעכאשעף און דעם דאָמאָװאָיס א מעכוטן, --האָט ער נאָך 
געהיימער און װי א מאגיש שפּריכװאָרט, אי הויך אי שטיל צוזאמען 
דאָס װאָרט ארויסגערעדט. 

ער האָט נאָכדעם סרולין דערציילט, און בעשאס-מײַסע זײַן קאָל ביז 
א סאָד קימאט דערפירט, אז ער געדענקט אים פון אלעמאָל, ווען ער 
פלעגט צוגאסט קומען, אָבער קיינמאָל האָט ער זיך ניט אופגעפירט, וי 
איצטער -- מאָדנע. 

און דאָ האָט ער וידער סרולין אָנפארטרױיט, אז זינט ער איז גע- 
קומען, זעט ער אים אלע נאכט הינטער די טירן און פענצטער אומגיין 
און אפילע אויך הינטער זײַן, מיכאלקעס, טיר. ער האָט מוירע מיט אים 
זיך צו טרעפן, מיט אים זיך באגעגענען, אפילע באטאָג.. ער פילט, אז 
עפּעס האָט ער מיט זיך ניט גוטס מיטגעבראכט. און זאָל סרולי פארגע- 
דענקען, האלעװײַ ער זאָל ליגן זאָגן, מיכאלקע, האלעװײַ זאָל זיך עס 


151 


ענדיקן נאָר מיט אים... ער לאכט? זאָל ער ניט לאכף מיכאלקע וייסט 
און איז א מייוון אף אזוינס. 

דאָ איז סרולי אף א װײַלע ערנסט געװאָרן. באלד אָבער האָט ער זיך 
געכאפּט, זיך צעלאכט, און דאָס גאנצע ביסל אינטערעס, װאָס ער האָט 
קלוימערשט געהאט, ארײַנקומענדיק און ביז אהער אויסהערנדיק מיכאל- 
קען, האָט זיך אים מיטאמאָל אוױסגעלאָזט: ער האָט געקוקט אף אים, וי 
אֹף איבעריקס, מיכאלקע האָט אים געשטערט, און זײַן אױיװערבאָטעלע 
פּלױדערײַ איז אים מער אין קאָפּ ניט געקראָכן. 

מיכאלקע האָט אָבער ניט פארשטאנען, ער האָט װײַטער פאָרזעצן 
געװאָלט, און זײַן דערציילן און אין שמועס זיך אונטערהאלטן מיט סרו- 
לין װאָלט זיך אָן אן עק און אָן א ברעג געצויגן. האָט זיך אָבער מיטא- 
מאָל פון קיך צו מיכאלקען א קאָל רופן דערהערט, װאָס צו מיכאלקען 
אליין װאָלט עס זיכער אזוי גיך ניט געװען דערגאנגען. זײַענדיק אָבער 
מיט סרולין, און מאכמעס יענער האָט פון אים איצט געװאָלט פּאָטער 
ווערן, האָט ער אים גלײַך אופמערקזאם געמאכט און אים אף דער טיר 
צו דער שטוב-קיך אָנגעװיזן; 

-- זאָל ער גיין, מע רופט אים, מיכאלקען 

מיכאלקע איז האלב-צעקראָכן און ניט איבעריק גערן פון שטיבעלע 
ארויס. דאָס מאָל אף גאנץ לאנג, און וי ס'האָט זיך דערנאָך ארויסגע- 
שטעלט --אף עטלעכע ארבעטן מיטאמאָל אָפּצוטאָן, און דאָס האָט בא אים 
היפּשע צײַט געפאָדערט, 

און סרולי דערװײַל, מאכמעס ניט האָבן װאָס צו טאָן, און נישט 
וועלנדיק זיך צוריק צו די באלעבאטים אומקערן, האָט, עפשער אליין 
פאר זיך ניט באמערקט, אף מיכאלקעס באנק-בעטל זיך אויסגעצויגן ליגן 
געטראָפן -- אפן פרעמדן געלעגער, אין א פרעמד סטרוזשישטיבעלע אן 
אוירעך, מיט דער איקאָנע און לעמפּעלע צוקאָפּנס, מיטן ביסל ווערבע- 
און קרײַטעכצער-רייעך, מיטן אלטנס שווייס און געדעמפטער לופט פונעם 
אלטן -- און דאָס אלץ האָט אים פּאמעלעך, פּאמעלעך דרעמלען געמאכט... 

צוגעגעבן דערצו--דער קאלעמוטנער וינטיקער דרויסן, װאָס האָט 
אף אלעמען אומעט אָנגעיאָגט, און יעדערער האָט זיך, װי נאָר געקענט, 
עפּעס בעסערס און היימלעכערס אָפּגעזוכט, --אָט דאַס אלץ האָט סרולין 
די געשלאָגענע שײַן און געדעמפטע לופט ליב געמאכט, און א שלאָף 
איז אֹף אים געקומען, און באלד האָט אים דאָס שטיבעלע שוין אויך 
כראָפּען געהערט, 

און פיל שפּעטער, ווען מיכאלקע האָט זײַן ארבעט אין קיך און אין 
הויף שוין געהאט פארענדיקט און צוריק אין שטיבעלע זיך אומגעקערט, 
האָט ער סרולין ערשט אין בעסטן מיטן כראָפּען געטראָפן, און פאר דע- 
רעכערעץ און װעלן שאנעווען דעם שלאָפנדיקן, האָט ער אים, נאטירלעך, 
ניט געװעקט. פארקערט, ער האָט זיך א װײַלע זייער שטיל געהאלטן 
דערנאָך נאָך שטילער פון שטיבעלע ארויס און אף אליין פירגענומענער, 
פרײַװיליקער און ניט-געצווונגענער ארבעט אין שטאל און אין קאמער 
זיך אװעקגעלאָזט, 


152 





2 


אז מוישע מאשבער איז יענעם פרימאָרגן ארויס פון זײַן הויז, קעדיי 
זיך צו לאָזן, װי אלע טאָג אין דער צײַט, אין זײַן געשעפט, אין זײַן 
געלט-קאָנטאָר, האָבן אף זײַן געמיט געדריקט --ערשטנס, סרולי, װאָס 
טאָמיד, ווען ער דערזעט אים אין זײַן ערד-קאָלירענער קאפּאָטע, שנײַדט 
ער אים באם הארץ און ער זעט פאָרויס פאר זיך אומאָנגענעמלעכקײַט, 
װי פון יעדער זאך, װאָס איז אָנגענומען, אז זי דינט פאר א שלעכטן 
סימען. זעט ער אים באטאָג, װועט דער אפדערנאכט אים זײַן א שלעכטער, 
אפדערנאכט --װעט זיך באנאכט אים געוויס עפּעס כאָלעמען, און אינ- 
דערפרי ווען --װעט דער גאנצער טאָג אים ניט גוט גין און א האלב 
לעבן װוצט אים ניט ניכע זײַן. 

אזוי אויך דאָס מאָל: ער האָט געפילט, װי מע װאָלט פאר אים די 
גאנצע צײַט דורכגעגאנגען און געשניטן מיט א דימענט איבער גלאָז. 
סרולי איז אים פאר די אויגן געשטאנען מיט זײַן זײַטלדיקן גאנג, מיט 
זײַן קרום-קוקנדיקן בליק, אויך מיט זײַן שװײַגן באם ארײַנקומען, זײַן 
גאָרניט ווינטשעווען קיינעם, און דאָס צוריק-שװײַגן פון אלע מוישעס 
אייגענע הײַנט, בעשאס סרוליס װײַזן זיך אין שטוב. 

דאָס צווייטע -- לוזי: דער שווערער שטיין אף זײַן געוויסן. ער האָט 
געפילט, אז די מאכלויקעס און די אומצופרידנקײַט מיטן ברודער איז 
ניט נאָר דערפאר, װײַל יענער האָט אָפּגעקערעװעט פון אלגעמיינעם וועג 
און האָט אָנגענומען אן אנדער שיטע, וועלכע שטימט ניט מיט די אלגע- 
מיין אָנגענומענע. ניין, װײַל סאָפּקאָלסאָף לאָזט זיך אזוינס, בא גוטן ווילן, 
אויב אפילע יענער איז אין טאָעס, מויכל זײַן, די שארפע שפּיצן-אונטער- 
שיידן -- פארײַבן, און ווייס'ניט-איז, און אף א געוויסן אויפן אפילע מיט 
יענעמס טאָעס שאָלעם מאכן און זיך צוזאמענלעבןן. 

ניין, ניט דערפאר און ניט ד אָ ס די הויפּטיסיבע. דערהױיפּט איז דאָס, 
פילט מוישע, װאָס יענער איז דאָ קעגן איינעם אן איקער ארױיסגעטראָטן, 
קעגן דעם, װאָס איז פון דער גאנצער װעלט אָנגענומען און װאָס די 
גאנצע װעלט האלט זיך אף אים: קעגן דעם שטרעבן װאָס מער צו 
דערווערבן, רײַך צו זײַן, רײַך צו וערן און זיך ניט שעמען דערמיט.. 
און בא לוזין, פילט ער, װאָס איז ביז אהער צו אזוינע זאכן גאָר גלײַכ- 
גילטיק געווען, האָט זיך דערמיט ניט פארנומען, און צי יאָ רײַך, צִי 
ניט רײַך איז אים ניט אָנגעגאנגען, זיך ניט ארומגעקוקט דערוף, --בא 
לוזין, פילט ער, איז איצט אין דעם זינען א שטיק איבערקערעניש גע- 
קומען: עפּעס קוקט ער קרום, מיט ביטל און אפילע מיט פאראכטונג, 
גלײַך ער האלט פאר אן אויירע דאָס צו זען, צו קוקן דערוף, ווער 
שמועסט -- דערפון האנאָע צו האָבן. 

און דאָס באמערקט ער, מוישע, בא לוזין די גאנצע צײַט פון זײַן 
לעצטן זײַן דאָ---אין זײַן בליק, אין זײַן האלטן זיך, אין זײַן לאכלוטן 
גלײַכגילטיקער באציונג צו אלעם דעם, װאָס איז נעגייע אים, מוישען 
מיט װועלכן אן אנדערשמאָל פלעגט ער זיך, אויך ניט איבעריק, דאָך 


153 


אינטערעסירן, אים אויספרעגן, װי ס'גייט, אאוו. דאָס מאָל אָבער איז ער, 
װי א פרעמדער, װאָס ניט נאָר ער אליין פרעגט ניט, נאָר אז מע דער- 
ציילט אים, דרייט ער זיך אויס פון צו הערן, גלײַך ס'איז ניטאָ דערפאר 
קיין אָרט אין זײַן אויער. 

עמעס, אים, מוישען, גייט ניט אָן און ס'ארט אים וײיניק, צי אינ- 
טערעסירט זיך מיט דעם יאָ זײַן ברודער, צי ניט, װײַל ער אליין איז 
אין דעם זינען װײַט אוועק. און ס'זײַנען שוין אװועק די יאָרן, ווען נאָך 
יעדעס מאָל ארופשטײַגן אף א נײַעם שטאפּל פון רײַכקײַט און וויל- 
שטאנד פלעגט ער זיך צוריק אומקוקן, זען, צי איז ער אָרנטלעך געשטיגן, 
און יעדעס מאָל זיך אָנפרעגן װעגן דעם בא זײַן ברודער, װי בא זײַן 
געוויסן. 

ס'זײַנען אויך אװועק די יאָרן, ווען יעדעס מאָל, צװישן געשעפט און 
געשעפט, פלעגט ער וי געוויסע האפסאָקעס מאכן, וי זיך אָפּשטעלן, זיך 
אָפּהאלטן, זיך זאָגן: ,גענוג א װײַלע"--און א געוויס שטיקל צײַט מיט 
העכערע איניאָנים זיך פארנעמען. אמאָל צו זײַן רעבן אוועק, אמאָל צו 
זײַן ברודער, און אֹף אן איידעלן אויפן א געוויסע צײַט דערװײַטערט 
פונעם אלטעגלעכן פארברענגען. 

איצט אוועק די צײַט. פון געשעפט צו געשעפט קיינע האפסאָקעס. ער 
איז אזוי פארשלונגען, גלײַך ניט ער שוין פירט אָן מיט די געשעפטן, 
נאָר זיי מיט אים; ער הערט קײנמאָל ניט אוף פון זיי צו טראכטן, ער קאָן 
ניט אופהערן, אפילע ער זאָל װעלן, און, װי אים דאכט, יל ער אויך 
ניט אופהערן. 

און דער ברודער קומט אים וי אין א זינד דערמאָנען, באזונדערס די 
לעצטע צײַט, זײַן לעצט מאָל קומען, און באזונדערס מיט זײַן באשלוס 
דאָ אין שטאָט צו פארבלײַבן, װאָס, װי ער וייסט, װעלן דערפון רי- 
בונגען ארויסקומען;: מאכמעס ער פילט, אז אין זײַן ברודערס הארץ האָט 
זיך א פאראכטונגס-געפיל באזעצט בענעגייע אלעם דעם, מיט וועלכן ער, 
מוישע, איז אזוי פארשלונגען, מיט װאָס ער איז טאָג װי נאכט פאר- 
נומען. און דאָס טוט אים ניט אָנשטײן, און ער וייסט, אז פריִער װעלן 
דערפון קליינע מאכלויקעס זײַן, דערנאָך װעלן, מעגלעך, אויך גרויסע 
אויסברעכן. 

דערצו נאָך ווייסט ער און קען זיך פאר דער לעצטער צײַט, אז 
צוזאמען מיטן װוּקס פון זײַנע גוט-גייענדיקע געשעפטן, צוזאמען מיט 
זײַן גרויסן אָנזען אין שטאָט און װײַט אויך אויסער דער שטאָט צװישן 
סאָכרים, געלט-לײַט, גווירים און זײַן גלײַכן; צוזאמען מיטן גליק, װאָס 
קומט שטראָמענדיק צו אים אָן פון אלע זײַטן, צוזאמען מיט אלעם דעם, 
האָט זיך, עפשער קעגן זײַן װוילן, א געוויסע מידע אין אים געשטארקט, -- 
די מידע פון ניצאָכן, װאָס פריער האָט ער ניט געװוּסט פון איר, זי איז 
אים פרעמד געווען, אים, װי אלע זײַנע אייגענע פון זײַן פאָטערס הויז, 
אף וויפל ער געדענקט, און איצט שטארקט זי זיך פון מאָל צו מאָל און 
ווערט א באלייטערן און א מיט-שוטעף פון זײַן גליק און קאַן ניט לײַדן, 
אז מע שטעלט זיך איר אנטקעגן. 


124 





אָט די מידע זײַנע, באמערקט ער, בענעגייע סאָכרים, געשעפט-לײַט, 
װאָס יעדעס מאָל, ווען סגייט אים אין ניצאָכן, איז ער גריײיט צו א 
װאָסעריניט-איז געשעפט וויפל-ס'ניט-איז צו דערלייגן, אבי זײַנס אויס- 
פירן; פארלירן, אבי זײַן נעגידישן האָנאָר אויסגעווינען. און אויך אין 
דעם פאל מיטן ברודער, דאכט אים, הייבט עס אים אָן גיין אין האָנאָר. 
ס'איז רעכט, אז יענעמס באשלוס אין *' צו בלײַבן, װאָס ער, מוישע, 
האלט אים װי א באשלוס קעגן זיך, קעגן דעם, װאָס איז אים ניט אָנגע- 
נעם, זאָל בא אים, --ניט געקוקט דערוף, װאָס דאָ האנדלט זיך ועגן 
ברודער, מיט וועלכן ער האָט יאָרנלאנג געלעבט איין נעשאָמע, איין זעל, 
און פאר וועלכן ער האָט אזויפיל אָפּשײַ געהאט, ביז אים צו האלטן, קי- 
מאט, וי זײַן רעבן, פאר א מוירע-דערעך! --ניט געקוקט דערוף, איז 
רעכט, אז איצט זאָל אָט דער באשלוס אים שטארק דערװידער זײַן און 
אף זײַן געמיט אזוי שלעכט ווירקן, װי, ניט צו פארגלײַכן, סרולי האָט אף 
אים הײַנט שלעכט געווירקט. 

אָט אזוי האָט מוישע געטראכט, בעשאס ער איז יענעם פרימאָרגן פון 
זײַן הויז ארויס. 

ער איז באלד דערנאָכדעם דורכגעגאנגען זײַן שטיל-אָפּגעלעגענע גאס 
און איז ארוף אפן בריק, װאָס פירט דורכן טײַך צו דעם אייבערשטן טייל 
שטאָט. גײיענדיק אפן בריק, האָט ער דאָס מאָל ניט באגעגנט, װי יעדעס 
מאָל ער איז געװווינט, מיט א גוט אופגעלייגט פּאָנעם אלע די, װאָס גייען 
אים אנטקעגן פון שטאָט און טראָגן אים דעם גוט-מאָרגן אונטער. ניין 
דאָס מאָל האָט ער וי קיינעם גאָר ניט באמערקט, --ניט די, װאָס זײַנען 
אים אנטקעגן געקומען, אויך ניט די, װאָס זײַנען אים פון הינטן אָנ- 
געגאנגען. 

ער האָט אפילע ניט באמערקט דעם שלעכטן וינט און װעטער, װאָס 
שטויבט בא די ברעגעס פון טײַך, װאָס מאכט אויך דעם גאנצן טײַך פאר- 
טונקלען און בייגט די היטשקעס פונעם הויך- און געדיכט:וואקסנדיקן 
טשערעט, וועלכער פארנעמט א היפּשע שטרעקע טיף אין וואסער, היפּש 
װוײַטער פונעם ברעג. ער האָט ניט באמערקט אויך דאָס, וי צװישן טשע- 
רעט-געדיכטעניש איז אויך הײַנט, װי אלע טאָמיד און אלע פרימאָרגן, 
זומער און ביזן טיפן הארבסט ארײַן, דער אױיװערבאָטעלער, אלטער פי- 
שער געשטאנען מיט די אָנגעדראָלענע פיס און וואסעריק-צעלאָזענע אויגן 
אף זײַן קליין, שמאָל מולטער-שיפעלע דעם דורכגענעצטן און נאסן -- 
יענער פישער, וועלכן טאָמיד טוט ער אים יאָ באמערקן, אים לײַכט בא- 
דויערן און טוט פאר אים קלוימערשט זײַן לעבנס- און פּארנאָסעיכעזשבן 
מאכן, גלײַך יענער האָט אים דערוף באפולמעכטיקט, װײַל אליין איז ער 
שוואך אין כעזשבן. 

ער האָט אויך ניט באמערקט, ויאזוי ער איז ארופגעקומען אף דער 
גאס, װוּ זײַן קאָנטאָר האָט זיך געפונען, און אויך ניט, --אז באם טראַ- 
טואר, לעבן הויז פון קאָנטאָר, איז עפּעס איצט א בריטשקעלע געשטאנען, 


+ װעגװײַזער. 


פפ} 





װאָס געוויס האָט דאָס באדארפט באטײַטן, אז עמעצער פון דער פרעמד, 
פון דער געגנט, פון א פּריצישער עקאָנאָמיע א שאָליַעך איז אהער צוגע- 
פאָרן, וועלכער דארף צו אים אין קאָנטאָר האָבן, האָט דעם פורמאן אין 
דרויסן געלאָזט און אליין ארײַן אינװייניק. 

ס'האָט אויך געקאָנט זײַן פון א קליינשטעטלדיקן ייַדן, א פארמעג- 
לעכן סויכער, וועלכער האָט צוליב געשעפט געדארפט צו מוישען נייטיק 
און האָט אף גאנצפרי, גלײַך צו דער עפענונג פון קאָנטאָר, צום אָנהײיב 
טאָג אויסגערעכנט און זיך צוגעשטעלט. 

מעגלעך אָבער, אז ניט קיין פרעמדער, נאָר אליין טאקע מוישעס א 
שאָליִעך, אן אייגענער, --מערסטנס דער יונגער איידעם זײַנער, נאָכעם 
לענטשער, וועמען ער פלעגט, מאכמעס זײַן גוט פּױליש ריידן, פון צײַט 
צו צײַט איבער דער פּראָװינץ, איבער פּריצישע גיטער ארויסשיקן, ווען 
ער, מוישע, האָט צו זיי, צו די פּריצים, געדארפט: אָדער געלט און פּראָ- 
צענט פון אלטע האלװאָעס אופמאָנען, אָדער געשפּרעכן פירן און פאר- 
האנדלען מיט זיי וועגן נײַע, 

דאָס מאָל האָט די בריטשקע געהערט טאקע ניט קיינעם, נאָר אליין 
מוישען. זי האָט נאָרװאָס טאקע זײַן איידעם פון א פּראָװינץ-רײַזע גע- 
בראכט. אָבער ניט װי דער שטייגער, אין זי דאָס מאָל עפּעס ניט אהיים 
פארפאָרן, נאָר צו דער קאָנטאָר, װאָס דאָס האָט געזאָלט זײַן א סימען, 
אז עפּעס איז אויך די רײַזע געווען ניט װי דער שטייגער. 

עפּעס האָט, װײַזט אויס, דאָס מאָל נאָכעם פון וועג אָדער גאָר גע- 
װוּנטשענע, אָדער גאָר ניט קיין געװוּנטשענע יעדיַעס געבראכט, און דאָס 
האָט אים געדינט פאר א סיבע, ער זאָל גלײַך פון וועג אהער פארפאָרן, 
קעדיי, אויב מיט גאָר א גוטער יעדיַע, זאָל ער זיך פארן שווער בארימען, 
און, װי ער איז געוווינט געווען, אף א קאָל, אז אלע זאָלן הערן, מיט 
אים זיך טיילן; און אויב פארקערט, ניט גוט, זאָל ער אים בעסאָד צו 
וויסן טאָן און שוין ניט אפן קאָל זיך פארענטפערן, אָבער פאָרט זיך 
ארויסשטעלן און די זאך אזוי אויסלייגן, אז ווען ניט ער, װאָלט געווען 
ערגער, ווען ניט ער, װאָלט נאָך, מעגלעך, פיל שלימערס פּאסירט. 

און אזוי איז דאָס טאקע געווען. 

אז מוישע איז איצט צו זיך אין קאָנטאָר ארײַן, אזוי איז נאָך איידער 
ער האָט דערזען די באשטענדיקע באזוכער פון זײַן קאָנטאָר, יענע, װאָס 
קריכן קימאט קיינמאָל ניט ארויס פון דאָרט, און װאָס יעדעס מאָל, 
ווען מע קומט, טרעפט מען זיי אָדער פירן געשפּרעכן מיט די אָנגע- 
שטעלטע, אָדער אין א רעדל --איינס מיטן אנדערן, װי שאָלעם שמא- 
ריאָן, צאלי דערבארעמדיקער און אנדערע --האָט זיך אים א װאָרף גע- 
טאָן אין די איגן נאָכעם, דער היכער, שטאלטנער אידעם זײ- 
נער. 

אגעוו: דער האָנאָרעוואטער און ניט קליין ביסל בארימער, װײַל זײַן 
פאמיליע האָט פון היפּשע דוירעס, צוליב געשעפט, נאָר מיט פּולישע 
פּריצים פארקערט, און װאָס אויך אין זײַן ייַדיש-ריידן האָט עפּעס א גע- 
וויסער שטאָלץ געקלונגען, באזונדערס אינעם װאָרט ,עך", מאכמעס ער 


156 





האָט געשטאמט פון קאמענעץ, און װי אלע פון זײַן האלביבעסאראבישער 
געגנט, האָט גערעדט מיטן ,,עך", ,לאָנג" און , געגאָנגען. 

ער איז געווען האלב-כסידיש, האלב-פּריציש געקליידט. טאָמיד א 
שטארק זויבערער, װאָס האָט זיך דעריקער מיטן אויפן, ויאזוי ער האָט 
אפילע די װאָכעדיקע קליידער געטראָגן, זיך אויסגעטיילט פיל צום בע- 
סערן פון אלע זײַן גלײַכן רײַכע איידעמס. דאָס שווארצע בערדל האָט 
זײַן װײַס פּאָנעם מיט דער קורצלעך-אומרויקער נאָז שטארק אויסגעטיילט. 

דאָס מאָל איז זײַן פּאָנעם געווען װײַסער וי געויינלעך, און אף 
וויפל א װײַס פּאָנעם קאָן אף זיך בלאסקײַט נעמען--- אויך בלאס, װאָס 
דאָס האָט מען געקאָנט דערקלערן אין געוויינלעכע פאלן מיט ניט שלאָפן 
נאָך א רײַזעינאכט און מיט װעג-מידקײַט. אָבער נין, איצטיקס מאָל 
האָט מען דערוף, אויסער מידקײַט, נאָך עפּעס דערקענט: עפּעס האָט, 
װײַזט אויס, מיט אים געטראָפן. 1 

דאָס האָט זיך אויסגעדריקט ניט נאָר אין נאָכעמס צו אָפטן, אומרויַקן 
שמאָרען מיט דער קורצלעכער נאָז, װאָס דאָס טרעפט אים אָפט אפילע 
ווען ניט איבעריק אומרויַק, נאָר אין זײַן אומגעדולדיקײַט, װאָס אין זײַן 
גאנצן קערפּער אויסגעדריקט. אָט די אומגעדולדיקײַט האָט אים איצט 
געמאכט איבער דער קאָנטאָר זיך אומדרייען, אים געמאכט וי איבער די 
אָנגעשטעלטע און באזוכערס קעפּ אריבערקוקן, ניט ענטפערן גערן אֹף 
די פראגעס, װאָס מ'האָט אים געפרעגט, אָדער ענטפערן קורץ, אָפּגעהאקט, 
ניט װילנדיק, און די גאנצע צײַט האלטן די אויגן צו דער טיר געװוענדט, 
פונוואנען ער האָט געווארט, אז עמעצער -- דאָס מאָל געמיינט זײַן שווער, 
מוישע --- דארף זיך באװוליזן, 

ער, נאָכעם, איז טאקע גלײַך אָנגעפאָרן, װי נאָר די קאָנטאָר האָט זיך 
אופגעעפנט. דער באלד-אָנגעקומענער שאָלעם שמאריאָן, דער, װאָס פע- 
דערט זיך קעסיידער און איז טאָמיד פון די ערשטע אין קאָנטאָר, דער- 
זעענדיק זײַן צערודערט אויסזען, האָט זיך גלײַך געפּרוּווט לעבן אים א 
רײַב טאָן מיט זײַן פרום-פוקסיש פּענעמל און מיט זײַן קעפּל, װאָס אין א 
זײַט אָנגעבויגן, געפּרווט צו אים אונטערקומען און מיט כניפעדיקע, 
זיסלעכע רייד אים גענומען װי ארומשמעקן. ער האָט גענומען אויסטאפּן, 
פונוואנען ער קומט, געפּרוּװוט טרעפן, פון װאָס פאר א פּאָרעץ אין דער 
געגנט, און אויספרעגן, װאָס הערט זיך, און דעריקער -- הינטנארום אים 
אין די אויגן ארײַנקוקן, און דאָס, װאָס ער האָט געזען, אז יענער װעט 
דערוף ניט ענטפערן -- אליין נאָר מיטן קוק ארויסבאקומען. 

נאָכעם אָבער האָט זיך ניט געלאָזט. ער איז דאָס מאָל, װוי װײַט 
מעגלעך, שמאריאָנס פראגעס אָפּגעקומען מיט קורצע, גאָרנישט זאָגנדיקע 
ענטפערס און אין מער לענגערע שמועסן זיך ניט ארײַנגעלאָזט. ער איז 
אינמיטן די רייד אפילע אָפּגעגאנגען, קלוימערשט ער דארף בא עמעצן 
אן אָנגעשטעלטן זיך עפּעס דערפרעגן. אינדערעמעסן אָבער נאָר, קעדיי 
זיך אויסצודרייען, אליין בלײַבן און ווארטן און ארויסקוקן אף דעם, װאָס 
איז אים אמערסטן אין זײַן אומגעדולד איצט נייטיק געוען -- זײַן שווער, 
מוישע. 


157 


און אָט איז יענער ארײַן. באלד זײַנען אים, װי געוויינלעך, די בא- 
שטענדיקע באזוכער אנטקעגן געגאנגען --װער מיט א ויכטיקן איניען 
מיט וועלכן ער האָט געווארט אף אים, װער ניט מיט קיין וויכטיקן, נאָר 
גלאט, װוי דער שטייגער, א נאָגיד אנטקעגן צו גיין און דעם דערעכערעצ- 
דיקן גוט-מאָרגן אים אונטערטראָגן. אז מוישע האָט אָבער מיטאמאָל זײַן 
איידעם א בלאסן דערזען, און, װי אים האָט געדאכט, א צערודערטן פון 
וועג, אזוי האָט ער זיך ווי-ניט-ווי מיט די באזוכער, קליענטן און געלט- 
מעקלער גלײַך אָפּגעפארטיקט און פון זייער רעדל-ארומרינגלונג זיך 
אויסגעדרייט. 

ער איז גלײַך דאן צו נאָכעמען צוגעגאנגען, און באלד בא די ערשטע 
ווערטער נאָר, װאָס יענער האָט פון מויל ארױסגעלאָזט, האָט ער פאר- 
שטאנען, אז עפּעס האָט נאָכעם דאָס מאָל פון וועג ניט גוטס געבראכט 
און פון זײַן פּאָנעם האָט ער עפּעס א ניט קיין גוטע בסורע אראָפּנע- 
לייענט. 

-- קומט ארײַן אהין, שווער, כ'האָב אײַך עפּעס צו זאָגן. 

געמיינט האָט דאָ נאָכעם דאָס צוייטע, דאָס אזויגערופענע ,בארא- 
טונגס-צימער", װוּ מוישע פלעגט שטענדיק, אין קאָנטאָר זײַענדיק, זײַן 
זיץ-אָרט האָבן, װוּ וויכטיקע קליענטן פלעגן פון אים אופגענומען װערן-- 
סאָכרים, פּריצים און זייערע באפולמעכטיקטע --און װוּ אלע געשעפטן 
פלעגן דאָרט שטיל בא א קײַלעכיקן טיש און אף א לײַטישן אויפן ארומ- 
גערעדט און אָפּגעפארטיקט זײַן. 

ווען זיי זײַנען אהין ארײַן --פריער מוישע, נאָכדעם נאָכעם--- האָט 
נאָכעם נאָך זיך די טיר פארמאכט. דאָס האָט פאר אלע איבעריקע אין 
קאָנטאָר באדארפט באטײַטן, אז זיי, שווער און איידעם, זײַנען איצט 
פארנומען און װילן ניט, מע זאָל זײי שטערן. און באלד טאקע האָט 
מוישע א באומרויַקטער צו נאָכעמען זיך א קער געטאָן און גלײַך בא 
אים א פרעג געטאָן: 

-- װאָס איז געשען? 

טייקעף אָבער, נאָך איידער ער האָט באוויזן צו באקומען א װאָסער- 
ניט-איז ענטפער, אזוי האָט ער זיך גלײַך דערמאָנט, פונוואנען יענער 
קומט איצט און װוּהין ער האָט אים מיט א פּאָר טעג פריִער אף דער 
געגנט ארויסגעשיקט. אז געשיקט האָט ער אים, דעריקער, צום פּאָרעץ 
רודניצקין, וועלכער האָט דורך א שאָליִעך פון זײַן הויף צוריק מיט עט- 
לעכע טעג בא אים, בא מוישען, געבעטן, ער זאָל אים צושיקן די וועקסלען, 
װאָס האָבן די טעג געזאָלט אויסגיין און װאָס דער זמאן זײערער צו 
צאָלן איז געקומען -- ער וויל זיך צעצאָלן, 

ער האָט זיך דערמאָנט אין רודניצקין דעם לעביונג, דעם מאָט, װאָס 
האָט שוין זײַן גרעסטן טייל פארמעגן, װי באװוּסט, אויסגעלאסן און אין 
פארשווענדערישע אױסברענגערײַען צעטרענצלט. זיך אויך דערמאַנט, אז 
ער, מוישע, האָט זִיךְ צוליב די גרויסע פּראָצענטן, װאָס יענער האָט 
געצאָלט, ווען ער איז געענגט געווען און האָט געהאט א האלװאָע ני- 
טיק, זיך פון א שמאריאָנען אָדער פון אן אנדערן געלאָזט אָנריידן אים 


10 158 





א גרויסע סומע צו אנטלײַען, א גרעסערע, װי מע האָט געמעגט און וי 
דער געזונטער פארשטאנד האָט דערליבט. ער האָט זיך אף פּריצישע 
פּראָצענטן געראדעװועט און דעם קערן אײַנגעשטעלט, נישט געקוקט 
דערוף, װאָס זײַן אייגענער סייכל האָט אים אָפּגעהאלטן, און אויך אנ- 
דערע, בא וועמען ער האָט זיך דערפרעגט און וועלכע האָבן יענעם, דעם 
רודניצקין, גוט געקענט, האָבן געװאָרנט און ניט איבעריק געייצעט. 

ער האָט זיך דאָס דערמאַנט, און נאָך איידער ער האָט באויזן פון 
נאָכעמען א װאָרט ארויסצוקריגן, אזוי האָט ער פארשטאנען, אז דאָס האָט 
נאָכעם אף זײַן איצטיקער רײַזע געוויס פון יענעם א שלעכטן אָפּשניט 
באקומען, אז מעגלעך ער, מוישע, איז דאָ שוין בא יענעם מיט א קאפּי- 
טאל פון א היפּשער סומע טויזנטער פאריזנעט געװאָרן. אָבער, ניט וויסג- 
דיק די סיבע, פארװאָס און ויַאזוי, און די פּראָטים גענוי, און אויך ניט 
גלייבן וועלנדיק, װײַל אייגן פארמעגן גלייבט זיך ניט, װוען מע פאר- 
לירט, האָט ער זיך א צווייט מאָל צו נאָכעמען געװענדט און זײַן פראגע 
נאָכאמאָל איבערגעכאזערט: 

-- װאָס איז געשען? 

-- ס'איז געשען, שווער, מיט רודניצקין, --האָט נאָכעם, א בלאסער 
פאר זײַן שווער שטייענדיק, געענטפערט. 

-- װאָס האָט געטראָפן? --- האָט יענער אפגיך איבערגעפרעגט. --אנט- 
לאָפן? אָנגעזעצט?! ער צאָלט ניט? 

-- ניין, ערגער. 

-- װאָס קאָן דען זײַן ערגער? 

-- אפילע ווען ער צאָלט, װאָלטן מיר אונדזערס שוין ניט באקומען. 

-- װאָס הייסט עס?--האָט מוישע אן אופגערעגטער, א פארבלעפטער 
אויסגעשריען. 

-- ס'הייסט, אז מיר האָבן אונדזערע וועקסלען פארלאָרן, 

-- װער פארלאָרן, װאָס פארלאָרן? רייד דיבורים: דו? וי, ווען און 
וויאזוי? 

-- ניין, ניט פארלאָרן. נאָר מיר האָבן זיי אָנגעװוירן. 

-- כ'פארשטיי ניט און הייב ניט אָן פארשטיין. װאָס מיינסטו דערמיט? 

און דאָ האָט נאָכעם גענומען אויסלייגן און דערציילן פאר זײַן שווער 
א לאנגע שווערע געשיכטע, א געשיכטע אן אויסטערלישע, װאָס טרעפט 
זיך זעלטן אפילע אין געשעפטן מיט פּריצים, און אפילע מיט אזא, וי 
רודניצקי, װאָס װער ס'האָט אים נעענטער געקענט, האָט זיך יאָ געקאָנט 
ריכטן אף אזוינס, אָבער, װי געזאָגט, אפילע פאר רודניצקין אויסטערליש. 

נאָכעם האָט דערציילט, װי נעכטן, אז ער איז אָנגעקומען אין הויף, 
זיך געמאָלדן צום פארוואלטער און איבערגעגעבן, אז ליטן פּאָרעצס 
באקאָשׂע האָט ער די װעקסלען מיטגעבראכט און ויל זיך זען מיטן 
פּאָרעץ, -- האָט אים יענער, דער פארוואלטער, געזאָגט, אז ניין; איצט 
איז אומעגלעך, דער פּאָרעץ האָט זיך שפּעט געלייגט, שפּעט מיט פּריצים 
פארבראכט, ער װעט הײַנט שפּעט אפן טאָג שלאָפן, און ער מוז אויס- 
ווארטן, 


נאָך דעם, אז ער איז אופגעשטאנען, האָט געפרישטיקט און האָט אים, 
נאָכעמען, ארײַנגערופן, האָט ער דערזען, אז עפעס אין ניט קיין גוטע 
שאָ אף אים, עפּעס איז ער שטארק צעדרייט: אז מע רעדט צו אים, הערט 
ער שלעכט, און דאָס, װאָס ער הערט, פארשטייט ער ניט,---װײַזט אויס, 
פיל פארשפּילט פאר דער נאכט, אָדער אן אנדער אומאָנגענעמלעכקײַט 
א פּריצישע. 

אָבער אז ער האָט סאָפּקאָלסאָף באנומען, צוליב װאָס ער, נאָכעם, איז 
געקומען, האָט ער זיך צעהיצט, צעווארעמט, גלײַך א גרויסער גוטער- 
פרײַנט זײַנער האָט זיך צו אים באוויזן, וועלכן ער האָט שוין לאנג ניט 
געזען. ער האָט אים אָפט באם נאָמען גערופן: ,פּאן נאָכעם, פּאן נאָ- 
כעם"..., האָט אים א האנט אפן אקסל ארופגעלייגט, דערנאָך אים אונטערן 
אָרעם גענומען און גענומען מיט אים איבער די פּאָקאָיעס אומגיין, פון 
איין צימער אין צווייטן אין די פיל צימערן, װאָס אין שלאָס געפינען 
זיך. ער האָט אים פארעדט, אים באשאָטן מיט פארשיידענע מײַסעס, װאָס 
האָבן קיין שײַכעס ניט צום אייגנטלעכן איניען, צו די וועקסלען און צום 
צאָלן. האָט אים אויסדערציילט, װוּ און מיט װעמען ער האָט זיך בא- 
געגנט, וויפל און מיט וועמען פארבראכט, װאָס פארא געשעפטן געמאכט, 
װאָס געקויפט, פארקויפט, מיט װעמען אף װאָס ער האָט זיך געביטן; 
א הונט אף א הונט, א דינער אף א דינער--מיט די פּריצים, א וואלד 
אף פעלד, פעלד אף וואלד --מיט די פּוערים, און מיט ייַדן, מיט זײַנע 
נאָענטע פּאָסעסאָרס, שענקערס, ארענדארעס, און אויך מיט װײַטע, פרעמ- 
דע -- װאָס פארא גליקן. 

דערבײַ, דאָס אלץ דערציילנדיק, אין ער געװען זײיער אופגעלייגט, 
זיך געהאלטן אין איין בארימען, אז די לעצטע צײַט גייט אים גוט, אז 
איבערהויפּט, װוּהין ער וװוענדט זיך ניט, גליקט אים זײיער: זײַנע פריַער- 
דיקע געשעפט-פירער, דעם פארוואלטער און עקאָנאָם, װאָס האָבן בא 
אים געגאנװועט און זיך די קעשענעס אָנגעשטאָפּט, האָט ער אופגעדעקט 
און ארויסגעטריבן, און אף זײיער אָרט נײַע, אָרנטלעכע ארײַנגעקריגן, 
אזוי, אז פון הײַנט און װײַטער איז ניט שײַעך --ער איז מיט זײַן פאר- 
מעגן געדעקט. פארקערט, ער הייבט אָן שטײַגן, און זײַן שלעכטער נאָ- 
מען צװישן סאָכרים ביז אהער, װאָס אין אים געקומען אדאנק דעם, 
װאָס זײַנע אָנגעשטעלטע און פארטרויטע האָבן זײַנע געשעפטן שלעכט 
געפירט, װעט איצט גאָר אנדערש, אף גאָר אן אנדער אויפן אָנהייבן קליג- 
גען, ער מעג זיכער זײַן, דער פּאן נאָכעם... 

ער איז אזוי אופגעלייגט געווען און אין אזא צוטרוילעכן ראש ארלין, 
אז ער האָט אים, נאָכעמען, אפן אוער אײַנגערױימט, אז ס'האלט שוין 
אפילע דערבײַ, אז זי, יענע, --ער ווייסט שוין, מיסטאם, װער, ---װאָס 
האָט אים פארלאָזט און צו די איריקע קיין ווארשע אװעק, האלט זיך 
שוין בא אומקערן... עמעס, ס'איז איר א היפּשע מאטאָנע פארשפּראָכן, 
עמעס, שוין אפילע אײַנגעהאנדלט די מאטאָנע, פאר וועלכער ער האָט, 
לײַענדיק בא איינעם א ייִדן געלט דערוף, א שטיק דויבישער וואלד פאר- 
זעצט, און אף גאָר ניט קיין געהויבענע באדינגונגען, אָבער ס'מאכט ניט, 


10--9 160 








ס'א קלײניקײַט... דעריקער, װאָס די געשעפטן גייען גוט, דעריקער, װאָס 
זיי װעלן ערשט אָנהייבן גוט גיין. 

-- און אָט זאָל ער זען, דער פּאן נאָכעם... 

ער האָט אים דערנאָך א שטיק צײַט איבער די פערדישטאלן און איבער 
די הינט-יקאמערן ארומגעפירט, אים אויסגעוויזן און זיך בארימט, אז 
אזוינס װעט ער בא קיינעם פון זײַן גלײַכן, און אפילע בא רײַכערע, 
ניט זײַן גלײַכן, ניט געפינען. ער האָט דאָס ליב, ער איז א מייוון אֹף 
אזוינס, און אנדערע פארשטייען ניט, האָבן קיין גוסט ניט און װעלן עס 
קיינמאָל ניט האָבן און פארמאָגן. 

אזוי ביז פארנאכט --- אין הויף, איבער די שטאלן און איבער אנדערע 
זעענס-װויכטיקײַטן. דאן האָט ער אים וידער אין די צימערן געבראכט. 
און אז ס'איז שוין גוט פינצטער געװאָרן, אז ער איז שוין מיד געװאָרן 
פון אומגיין, אױיסװײַזן און בארימען זיך, איז ער מיט אים אין יאגד- 
צימער געקומען, װוּ די װענט זײַנען פון אויבן ביז אראָפּ מיט פאר- 
שיידענע מינע געװער באהאנגען. א קליין טישל נאָר אין דער מיט, 
װאָס אף דעם איז א קליינער שפּיגל געשטאנען, צו וועלכן ער איז צו" 
געגאנגען און האָט אף זיך א קוק געטאָן.. און פּלוצעם האָט ער זיך 
אינגאנצן געביטן, איז מיטאמאָל עפּעס טרויעריק געװאָרן, און די גאנצע 
פריערדיקע בארימערישע היץ איז פון אים ארויס. 

ער האָט זיך באם טישל אף א בענקל אראָפּגעלאָזט, געהייסן א דינער 
װײַן ברענגען, פאר זיך און פאר נאָכעמען, און אז יענער האָט זיך אָפַּי 
געזאָגט, האָט ער אליין געטרונקען. דאָס מאָל שוין געשויגן, אָפּגעקילט 
און אין א טיפער מאָרעשכוירע, און אפילע די אָפט אויסגעטרונקענע 
גלעזער האָבן אים ניט דערווארעמט און פון זײַן פארזונקענקײַט און פון 
זײַן פּלוצעם אף אים אָנגעפאלענער נידערגעשלאָגנקײַט אים ניט ארויס- 
געשלעפּט. 

דערנאָך האָט ער זיך פּלוצעם א הייב געטאָן און בא דער שוואכער 
שײַן פון דער איינציקער ליכט, װאָס האָט אפן טישל געברענט, האָט 
גענומען זוכן אף די װענט, צװישן די פארשיידענע מינע געװערן. ער 
האָט עפּעס איינעם א פּיסטאָלעט ארויסגעפונען און מיט אים צו דעם 
שפּיגל צוגעגאנגען, אים פריער צום הארצן צוגעשטעלט, דערנאָך צו 
אַפּענעם מויל, דערנאָך צום שלייף, גלײַך ער האָט אף פארשיידענע אוי- 
פאנים געפּרוּװוט, װווּ בעסער איז אין זיך ארײַנצושיסן, װי שענער און װי 
לײַכטער דער טויט זאָל אים, הייסט עס, אָנקומען. 

און מיטאמאָל האָט ער זיך געװענדט צו אים, צו נאָכעמען, צום דער- 
שראָקענעם, װאָס די נעשאָמע אין אים אנטפאלן, זעענדיק, װאָס ער, 
רודניצקי, טוט און װאָס ער האָט דאָ בעדייע צו טאָן און פירצונעמען 
ער האָט זיך צעלאכט. און אז ער, נאָכעם, זעענדיק אים א לאכנדיקן, איז 
צו אים צוגעגאננען און מיט גרויס אָפּשײַ, װי מע װענדט זיך צו א 
פּאַרעץ, און ביפראט נאָך, װויסנדיק, אז ער איז אונטערן גלעזל, און, 
וי אים האָט זיךְ געדאכט, און, װי ער האָט פארשטאנען-אויך אין 
גרויסע צאָרעס, און האָט גענימען אים אָפּהאלטן , זאָל דער פּאָרעץ אזא 


161 


שפּאס ניט טרײַבן, ס'איז געפערלעך. ער בעט אים זייער, ער האָט נאָר- 
װאָס אויסגעטרונקען, ס'קאָן נאָך, כאָלילע, אן אומגליק געשען, זאָל ער 
דעם פּיסטאָלעט אוועקלייגן", -- האָט ער זיך ווידער צעלאכט. אָבער מיט- 
אמאָל איז ער נאָכאמאָל פינצטער געװאָרן, און, שטייענדיק און האלטנדיק 
דעם פּיסטאָלעט אזוי, װי ער האָט אים פריַער געהאלטן, האָט ער א זאָג 
געטאָן: 

-- באנקראָט יעסטעם, אינעגאָ וויסציא ניעמא --איך בין באנקראָט, 
הייסט עס, און א פּאַרעץ האָט קיין אנדער וועג ניט. 

און דאָ איז ער שטיל צו דער טיר צוגעגאנגען, דורך וועלכער פריַער 
איז דער דינער מיטן װײַן ארײַן, און האָט זי צוגעשלאָסן, און, צורי- 
קומענדיק פון דער טיר, האָט ער צו אים, צו נאָכעמען, אזוי געזאָגט: 

-- מיר זײַנען אליין, און איך שעם זיך איצט ניט. אָבער ס'איז מײַן 
לעצט, און בא אים, באם פּאן נאָכעם, אין די הענט איז זײַן גאנצער 
גוירל איצטער... ער, נאָכעם, איז דאָך אליין א סויכער, ער וייסט, װאָס 
שלעכטע צײַטן באטײַטן, און בא אים, באם פּאָרעץ, איז איצט זייער 
שאָפל: קיין געלט האָט ער ניט, ער האָט זיך די לעצטע צײַט שטארק 
פארשפּילט און אויך אין אנדערע געשעפטן פארללוירן. נאָר קיין פאר- 
לוירענער אינגאנצן איז ער ניט, ער גלייבט זיך אויסדרייען, אָבער צאָלן 
קאָן ער ניט, ביפראט אזא סומע, וי אים, וי נאָכעמען, און זײַן שווער 
קומט פון אים. אָבער דאָס איז װייניק: ער איז פּאָרעץ, ער האָט האָנאָר, 
און דאָס דערלויבט אים ניט, װי זײַנע עלטערן האָבן זיך קיינמאָל ניט 
דערלויבט, א לעבעדיקער אָנזעצער צו בלײַבן און א שעם האָבן פאר 
אזוינעם. ער מוז די וועקסלען איצט ארויסבאקומען, אויב ניט, אין דאָ 
זײַן ענדע. ער ווייסט, אז נאָכעם, דער קרעדיטאָר זײַנער, אויב ער װעט 
אים אָפּגעבן די וועקסלען, װעט ער קיינעם ניט דערציילן: די סומע איז 
צו א גרויסע, און אויב מע װעט זיך דאָס אין דער סאָכרישער געלט-וועלט 
דערוויסן, קאָן דאָס אים אליין צו קרעדיט און אויך צו אנדערע זאכן 
שאטן... ער איז דערום זיכער, אז ביז א צײַט, ביז זײַן לאגע װעט זיך 
פארבעסערן און ער װועט אימשטאנד זײַן אָרנטלעך און ערלעך (ער מעג 
זײַן זיכער, דער פּאן נאָכעם) זײַן כויוו אומקערן, װעט די זאך בלײַבן 
צווישן אים און אים, נישט מער, װוי צװוישן זײַן שווער און זיי ביידע... 
אויב זשע ער, נאָכעם, קאָן ניט, באשטייט ניט, איז האָט ער, דער פֹּאַ- 
רעץ, איצט קיין אנדער בריירע... 

און דאָ האָט ער נאָך צוגעגעבן און א פּאָר שווערע, פילבאטײַטנדיקע 
ווערטער געלאָזט פאלן: 

-- זאָל ער געדענקען, אז אויב דאָס געשעט, אוב ער מוז אין זיך 
איצט שיסן, קאָן פאר אים, פאר נאָכעמען, גרויסע אומאָנגענעמלעכקײַטן 
ארויסקומען: זיי זײַנען אליין, נאָר אינצווייען, זיי ביידע נאָר אין צי- 
מער --- ער, נאָכעם, דער קרעדיטאָר, און דער פּאָרעץ--דער באלכויוו 
זײַנער. 

-- און דו האָסט אים די וועקסלען אָפּגעגעבן?--האָט דאָ מוישע, די 
מײַסע אויסהערנדיק, אויסגעשריגן, אויסער זיך פון אופרעגונג און פונעם 


169 


צופאל, װאָס מאכט זיך זעלטן אפילע צװישן פּריצים און צװוישן די אויס- 
געלאסענע און אף אלץ פיייַקע. 

-- יאָ, שווער... און װי װאָלט איר אף מײַן אָרט געטאָן?-- האָט נאָכעם 
געפרעגט. 

-- װאָס הייסט, איך? װאָס איז דאָס פאר א פראגע? 

-- איז װאָס אנדערש האָט מען, נאָך אײַער מיינונג, געקאָנט טאָן? 

-- װאָס הייסט, װאָס? אים איבעריידן, אײַנרײידן, אז מע מאָנט אים 
ניט, אז מע װעט אים אויסווארטן, אז מ'האָט צײַט, אז קיינער װעט זיך 
דערפון ניט דערוויסן. 

-- און אז מע האָט דאָס אלץ געטאָן, געזאָגט, און אז איך האָב גענוי 
אזוי מיט אים אײַנגעטײַנעט, מײַן ערלעך װאָרט געגעבן, אז אזוי ועט 
עס טאקע זײַן, און אז ער האָט פאָרט געפאָדערט: אָדער די וועקסלען 
אָדער זײַן טויט? 

-- איז דורך א טיר, דורך א פענצטער, דורך אלץ, װאָס מעגלעך, 
אַבער מע גיט זיך אן איצע: מע שרײַט, מע רופט מענטשן, מע רופט 
דינער פאר איידעס, מע טוט עפּעס! װאָס הייסט, מע גיט אָפּ? 

דאָ האָט נאָכעם, װאָס אף אים איז טאקע די גרויסע שולד געלעגן 
די שולד פון ארויסלאָזן און פּאטערן א גרויס גוטס מיט אייגענע הענט, 
זיך אָבער דערמאַנט די לאגע, אין װועלכער ער האָט זיך באם פּאַרעץ 
געפונען, ער האָט זיך דערמאָנט זײַן פּאָנעם, בעשאס יענער האָט דאָס 
אלץ צו אים גערעדט מיט א פארצווייפלט קאָל, װי פאר דער מיסע. די 
גאנצע צײַט פון זײַן רעדן געהאלטן דעם פּיסטאָלעט פאר די אויגן און, 
װי אף זײַן מאלכאמאָװועס, געקוקט אף אים. ער האָט זיך דערמאַנט, אז 
אויסער געלט, איז אויך ער אליין אין א גרויסער סאקאָנע געשטאנען: 
אָדער אין א סאקאָנע פון א בילבל, אָדער עפשער גאָר, ווער ווייסט, אפן 
אָרט דערשאָסן צו ווערן. איז אָט, געדענקענדיק און דערמאָנענדיק זיך 
דאָס אלץ, האָט ער זיך, ניט געקוקט אפן ווייטעק פונעם געלט פארלירן, 
דאָך װי א געראטעוועטער פון געפאר געפילט, און דאָס האָט אים מוט 
און זיכערקײַט געגעבן זײַן שווערס װײַטערדיקע טײַנעס--,פאר װאָס, 
פאר וועמען און וװיַאזוי?"--- מיט אָט װאָס אָפּצושלאָגן: 

-- שווער, װוער א פּאָרעץ איז, ווייס עך! פּריצים קען עך בעסער פון 
אײַך! און עך זאָג אײַך: דאנקט גאָט, װאָס איר שרײַט איצט נאָר אף 
אײַער געלט, ס'האָט געקאָנט געמאָלט זײַן, איר זאָלט איצט שרײַען אף 
ערגערס... 

-- אף ערגערס? װאָס קאָן דען זײַן ערגער?--האָט מוישע װײַטער 
געשריגן. 

-- ערגער? ווען איר װאָלט אף מיר, אף מײַן קאָפּ געשריגן... עך בין 
א טאטע פון קינדער, און עך קען פּריצים בעסער. 

דאָ האָט מוישע אף זײַן איידעם א קוק געטאָן און פארשטאנען, אז 
ער איז עפשער א ביסל גערעכט. אָבער די זאך האָט אים דאָך געקאַכט: 
פּאָרט איז דער איידעם פאר אים גאנץ געשטאנען, און דאָס געלט, די 
וועקסלען, װעט ער שוין צוריק קיינמאָל ניט זען.. און כאָטש נאָכעם האָט 





163 


אים אין װײַטערדיקן שמועס פארזיכערט, אז, צוריק גערעדט, קאָן מען 
ניט וויסן: פאָרט א פּאַרעץ, און מעגלעך טאקע, אז ס'איז אים דאָ ניט 
אין שווינדל, נאָר אין האָנאָר געגאנגען, און בא דער ערשטער מעגלעכ- 
קײַט צו צאָלן, װועט ער זײַן װאָרט האלטן, קעדיי ווידער טאקע פּריצישן 
האָנאָר צו באװײַזן, -- דאָך האָט אים די זאך געקאָכט. 

ער איז פון וואנט צו וואנט אין צימער אומגעגאנגען, דעם איידעם 
געלאָזט שטיין אינמיטן, און פון זײַן מױיל האָט יענער אלע װײַלע גע- 
הערט אזוינע װערטער זיך ארױסרײַסן, װי: , שווינדלער, מאָט, ער װועט 
בא מיר אין טפיסע פוילן, מע טאָר עס אזוי ניט לאָזן".. און דאן נאָך 
דעם, װי ער האָט פארטראכט, האסטיק און וי א כײַע אין א שטײַג 
א לאנגע צײַט אזוי אומגעשפּאנט, און אלע װײַלע נאָכאמאָל און נאָכאמאָל 
צו דעם זעלבן זיך אומגעקערט, זיך מיט טײַנעס געווענדט: ,אָבער ס איז 
דאָך ניט געהערט! ס'איז דאָך איין מאָל אין טױיזנט יאָר טרעפט זיך 
אזוינס!? און יענער, דער איידעם, האָט ווידער און ווידער זיך אָפּגעשלאָגן 
מיט װאָס ער האָט געקאָנט, זיך פארענטפערט און, אף ויפל מעגלעך, 
אים פארזיכערט און אים האָפנדיק געמאכט, אז ס'איז נאָך ניט אזוי, ער 
װעט זען, אז די זאך קאַן זיך נאָך איבערדרייען, און מעיאעש זײַן זיך 
איז נאָך פרי, --איז אָט דעמלט האָט ער מיטאמאָל נאָך דעם, וי ער 
האָט אין קאָפּ פארשיידענע מיטלען און אייצעס געזוכט, אפן איינציקן 
מעגלעכן געדאנק אין איצטיקן מאָמענט זיך אָנגעשלאָגן און נעמלעך: 
צו זײַן אדװאָקאט זיך ווענדן, צו זײַן פארטרויוּנגס-מאן, צו דעם, צו 
וועלכן ער ווענדט זיך קעסיידער אין קריטישע און אין ענגע פאלן דאָס 
צום ערשטן, נאָכדעם װעט ער זען. 

ער האָט דערום דעם מאנטל, וועלכן ער האָט, פון דער היים קומענדיק, 
נאָך ניט באוויזן אין קאַנטאָר אױסצוטאָן, טאקע ניט אױסגעטאָן, באלד 
האָט ער נאָכעמען באפוילן, ער זאָל אהיים פאָרן, אין קאָנטאָר ניט פאר- 
בלײַבן, און, נאטירלעך, מיט קיינעם וועגן דעם קײין שמועס ניט האָבן. 
און ער אליין האָט זיך צו דער טיר געלאָזט, אין צװוייטן צימער ארלן, 
װוּ זײַנע אָנגעשטעלטע און די באשטענדיקע באזוכער האָבן זיך געפונען, 
האָט זיך ניט פארהאלטן, מיט קיינעם זיך ניט אָפּנעשטעלט, ארויס און 
אוועק אהין, װוּהין ער האָט נאָרװאָס געהאט באשלאָסן. 

ס'איז א גרויסער קלאפּ געװען פאר מוישען נאָך אזא אײינער און 
נאָך אזוינע עטלעכע, װוערט אפילע ער, אזא רײַכער, װי מוישע, כאָרעו. 
אויב אפילע ניט מיט אן עמעס כאָרעוו, אָבער אונטערגעריסן ווערט מען; 
ס'הייבט זיך אָן שאָקלען דער באָדן אונטער די פיס. דער נאָמען װערט 
פיל פון דעם אָן, און אזא, װי שאָלעם שמאריאָן און װי אנדערע פון די 
זײַניקע, װאָס דרייען זיך ארום אים, באשמעקן אים, באלעקן אים און 
כאנפענען אים הינטיש אָן א שיר, הייבן אָן דערפילן נעוויילע, דרייען 
זיך אָפּ און נעמען זוכן אנדערע, וועמען צו שמעקן, לעקן און כאנפענען. 

ער, מוישע, האָט דערום גוט געװוּסט זיך צו היטן, און װאָס פאר א 
זאך ס'זאָל זיך אים ניט מאכן, איז דעריקער האָט ער געזען, אז יענע, 
די אויבן דערמאָנטע פּארשוינען, זאָלן זיך דערפון ניט דערוויסן. 


164 


ער האָט דערום איצט, ווען ער איז דעם צווייטן צימער דורכגעגאנ- 
גען און צו דער דרויסן-טיר זיך געלאָזט, דאָס פּאָנעם פון די אלע זײַנע 
באזוכער אָפּנעקערעװעט, ער האָט מיט זיי זיך מיט קיין בליק ניט גע- 
װאָלט באגעגענען, קעדיי יענע זאָלן אין אים גאָרנישט ניט באמערקן 
און אף זייער אויפן, מיט זייערע הינטישע כושים, ניט נעמען שנאָרען 
נישטערן, זוכן, פאָרשן, זיך נאָכפרעגן און פון דער לופט זיך עפּעס ניט 
דערוויסן. 

ער איז ארויס, און אין דרויסן ערשט האָט ער זיך דערמאָנט, אז 
ער איז פון שטוב אינדערפרי שוין הײַנט, אין קאָנטאָר זיך לאָזנדיק, א 
צערודערטער אוועקגעגאנגען, אז עפּעס איז אים אפן הארצן ניט געווען 
אופגעלייגט, און שלעכטע סימאָנים האָבן אים הײַנט אף א שלעכטן טאָג 
אַנגעזאָגט. 

ער האָט זיך דערמאַנט אין לוזין, דערמאַנט דעריקער אין סרולין, 
און יענער מיט דער טאָמיד אים אופרעגנדיקער, ערד-קאָלירענער קאפּאָטע 
איז איִם פאר די אויגן געשטאנען, און א שטיקל מוירע-האָבנדיקער גע- 
דאנק איז אים איצט אין קאָפּ געקומען, א װוּנטש, א מין געבעט: 

-- ס'איז נאָך פרי, און דער טאָג האָט זיך אים הײַנט שלעכט גע- 
שטעלט, זאָל, כאָלילע, װײַטער און מער שוין ניט טרעפן גאַרנישט. 


דער צופאל האָט געװאָלט, אז מוישעס װוּנטש זאָל דאָס מאָל ניט דער- 
פילט װערן: אין יענעם טאָג איז נאָך עפּעס געשען. עמעס, ניט קיין זאך, 
װאָס איז אים טאקע, מוישען אליין, אָדער זײַנע אייגענע, נעגייע, נאָר 
דאָך רעזולטאטן ערנסטע, וװעלכע האָבן אים גאָר נאָענט אָנגערירט. 

ס'איז פאָרגעקומען אין זײַן צווייטן געשעפט, אפן באװוּסטן גרויסן 
נאפט-לאגער זײַנעם, וועלכער געפינט זיך אינמיטן גראָבן מארק און װאָס 
איז באשטאנען פון א קלייט מיט עטלעכע סקלאדן. 

אָנגעפירט האָט דאָרט מוישעס צווייטער איידעם, יאנקעלע גראָדשטײן 
(וועגן וועלכן די רייד ועט זײַן אויספירלעך שפּעטער, אף אן אנדער 
אָרט), װאָס אים צו הילף איז געגעבן געװען א בוכפירער און נעעמאַן 
אין איין פּערזאָן, איינער א ייַד ליבערזאָן, און די הויפּטלעכע און שווערע 
ארבעט איז געלעגן אף די צוויי הױיפּט-מעשאָרסים, אף עליאַקעמען און 
זיסיען, און אויך אף דעם דריטן, דעם געהילף זייערן, א ייַנגל נאָך-- 
קאטערוכע. 

זיי, אָט די מעשאָרסים, האָבן דאָס באדארפט באדינען די פיל קוינים 
פון הורט (קיין לאכאָדים האָט מען דאָרט ניט פארקויפט) -- די שטאָטישע, 
אַבער מערסט פון דער געגנט ארום, װאָס פלעגן קומען מיט גאנצע פורן 
און אין גרויסע פעסער זייער סכוירע, דעם נאפט, פארנעמען. 

אָט די מעשאָרסים אליין, און אמאָל, ווען ס'איז א סאך ארבעט געווען, 
אויך מיט דער הילף פון די מארקיטרעגערס, פלעגן די אײַנקויפער בא- 
דינען -- ארופשלעפּן די פעסער פון די סקלאדעס, ארופקאטשען אף די 
װאָגנס, אָנלײגן, פּאקעווען, און דאָס אַנגעפּאקעװעטע מיט שטריק פאר- 
בינדן 


165 


עליאָקעם מיט די קורצע, גראָבלעכע פינגער, װאָס זײַנען אים בא- 
שטאנען וי נאָר פון צוויי גלידער, ניט פון דרײַ, װי בא אלע מענטשן, 
איז געווען דער געזינטסטער: געטאָן און געארבעט האָט ער שטיל און 
פעסט, זיכער אין זײַנע הענט און אין זײַן גווארדיאנישן וועזן. טאָמיד 
א שװײַגנדיקער, א ביסל א שמייכלענדיקער, װאָס די גװוּרע האָט אים 
פון די אויגן ארויסגעקוקט, די רױטקײַט--פון די שװײַגנדיקע באקן 
און אין מארק, און צװוישן די טרעגערס אפילע, האָט ער געשעמט פאר 
א גיבער, װאָס פאר זײַן פּאטש, לעמאַשל, איז מען געלאָפן, װי פון א 
מאגייפע, און וועמען דער פאטש, נאַר איינער אפילע, האָט געטראָפן, 
יענער האָט שוין געמעגט, האָט מען געזאָגט, זאָגן ווידע. 

דער צווייטער -- זיסיע. שוין אן אָפּגעצערטער. א יונגערמאן נאָך, בא 
די דרײַסיקער, אָבער שוין אן אויסגעמאטערטער פון ווײיניק סכירעס 
באקומען --א קערבל מיט א פערטעלע א װאָך: דערצו נאָך מיט היפּש 
קינדער, דערצו נאָך האָט ער זיך אין דער קאפּצאָנישער מײַלע געהאלטן, 
און, ניט געקוקט אף זײַן קנאפּן פארדינסט, האָט מען אים שאבעס-יאָמ- 
טעוו, לעמאָשל, ניט דערקענט ---אזוי פּײַן אָנגעטאָן אין ער געוען; די 
הויזן אף דער נאָט, די שטיוולעטן מיטן פּוץ, און ווינטער נאָך אפילע 
מיטן טכוירענעם טולעפּ פון נאָך דער כאסענע. 

אזוי ער אין דער מײַלע, אזוי אויך האָט ער זײַנע קינדער געפירט. 
ער איז געווען א זון פון איינעם א ייַדן קאָסמאן, שוין לאנג געשטאָרבן, 
װאָס שוין פאר זײַן לעבן א יירעד, און װאָס שוין בא זײַן לעבן האָבן 
זײַנע קינדער געמוזט אוועקגיין דינען צו אנדערע אף גראָבער ארבעט, 
און זיסיע איז צו מוישען, װאָס האָט זײַן פאָטער א װײַטלעכער קאָרעװו 
אָנגעקערט, אָנגעקומען. 

ער, זיסיע, כאָטש א קרעפטיקער אין געביין, כאָטש פיל קויכעס נאָך 
אין די הענט, אָבער פון װוייניק שפּײַן, װאָס האָט אים ניט אומגעקערט 
דאָס געזונט, װאָס ער האָט בא דער ארבעט געפּאטערט, און פון פיל קאָפּ- 
דרייעניש, ויאזוי פון זײַנע כויוועס בא די װאָכערניקעס ארויסצוקריכן, 
האָט ער אָפּנעצערט אויסגעזען און די באקן פון די האָר פון זײַן גע- 
פּוצט בערדל האָבן בלאס ארויסגעקוקט. 

דאָס װײַב און די מוטער זײַנע, מאלקע-ריווע די אלמאָנע, קוקנדיק 
אמאָל אף אים, ווען ער פלעגט אהיים קומען שפּעט אין אָװנט א מידער, 
אן אָנגעהאָרעװעטער, האָבן אונטערגעקרעכצט, מאכמעס זײי האָבן גע- 
װוּסט, פונוואנען ער שטאמט, געװוּסט פון דער מישפּאַכע-קרענק, אז זײַן 
געזונט איז קריטשיק, און אז אינדערעמעסן װאָלט ער גאָר אנדערש בא- 
דארפט לעבן, נאָר ס'ניטאָ פאר װאָס, און אויך קיין אייצע ניט צו קריגן, 
פונוואנען אפן בעסערן צו נעמען: װאָכערניקעס זײַנען װאָכערניקעס, און 
דער באלעבאָס איז כאָטש א קאָרעו, דאָך א באלעבאָס, און האָרעװען 
מוז מען. 

דאָס איז דער צוייטער מעשאָרעס. דאן נאָך דער דריטער, דער 
יינגסטער, דאָס ייִנגל נאָך, קאטערוכע--דער לעבעדיקער לונג-און-לע- 
בער, דער באשטענדיקער לעץ, דער האָצמאך, װי דער גאנצער מארק און 


166 


די טרעגערס פלעגן אים רופן, װאָס װער װוּ און װען מע פלעגט אים 
באגעגענען, פלעגט מען אים אָנרוקן דאָס היטל איבער די אויגן, שנעלן 
אין נאָז אָדער אנדערש עפּעס אָפּטאָן, און ער איז קײנמאָל אף קיינעם 
ניט בארויגעז געװאָרן, פלעגט זיך אָפּװערטלען, צוריק עפּעס אָפּטאָן-- 
קוויט, און פּאני-בראט מיט אלעמען. 

ער האָט אלעמען געפאָלגט, געטאָן, װאָס מע האָט אים געבעטן, דערי- 
קער אָבער צו זײַנע צוויי העכערע אָנגעשטעלטע צוגעבונדן, צו זיסיען, 
צו עליאָקעמען, און פאר זיי -- אין פײַער און אין וואסער, און ס'איז פאר 
איִם גאָר קיין שווערס ניט געווען. 

יענעם טאָג האָט זיך זיסיע, גלײַך אף דער ארבעט קומענדיק, עפּעס 
ניט גוט געפילט. ער האָט אָפט א קעלט געשפּירט,--נאָך דער קעלט א 
היץ אין לײַב און אין פּאָנעם. ער האָט שוין זײַן אָרעמלעכן איבערבײַסן 
ניט געגעסן, װײַל ס'איז אים נישט געגאנגען קיין עסן. עליאָקעם און 
קאטערוכע האָבן אים שוין די ניט גאָר נייטיקע ארבעט פארשפּאָרט, 
און וען זיי האָבן זיך אָן אים געקאָנט באגיין, אים ניט דערלאָזט צו 
ארבעטן. נאָר שפּעטער, באטאָג-צו, ווען מיטאמאָל האָט מען איינעם אן 
אָנגעפאָרענעם קוינע געדארפט ארויסבאלייטן, װײַל ער האָט געײַלט, האָט 
אונטערגעטריבן און איז מיט זײַן פורמאן געשטאנען איבערן קארק, מע 
זאָל אים װאָס גיכער, װאָס גיכער אופגעבן און פארפּאקעווען, ער דארף 
הײַנט אהיים צו נאכט נאָך אָנקומען --האָבן זיך די מעשאָרסים 
אונטערײַלן גענומען. זיסיע, װאָס איז דעם גאנצן פרימאָרגן א ביסל אָן א זײַט 
געזעסן, האָט זיך מיטאמאָל פארגעסן, און פון ארבעט-געוווינשאפט, און 
זעענדיק, אז יענע װעלן זיך אליין ניט אופּאָרען, האָט ער זיי גענומען 
אונטערהעלפן. יענע, ווידער, מיינענדיק, אז וויבאלד ער העלפט, אין א 
סימען, אז ער פילט זיך בעסער און איז בעקויעך, האָבן אים העלפן גע- 
לאָזט, און פארװאָס ניט?! זאָל ער... 

דאן האָבן זיי זיך אראָפּגעלאָזט אין איינעם א טיפן סקלאד, פונווא- 
נען זיי האָבן גענומען שלעפּן א גרויסע פיל-פודיקע פאס מיט שטריק 
דורך די נאסע טרעפּ, װאָס מיט נאפט פארפּאפּט. עליאָקעם און קאטע- 
רוכע האָבן זי פון אונטן ארופדערלאנגט, זיסיע מיטן פורמאן פונעם 
קוינע אויבן האָבן זי גענומען ארופציען, און ווען די פאס איז שוין ארוף 
און ווען עליאָקעם מיט קאטערוכען זײַנען שוין, נאָכן אונטערשטופּן די 
פאס, פון די פינצטערע טרעפּ אין דרויסן אף דער ליכטיק ארויס, אזוי 
האָבן זי פּלוצעם דערזען זיסיען שוין מיטן שטריק אין האנט א בלאסן, 
א שװײַגנדיקן... 

ס'איז אים מיטאמאָל עפּעס ניט גוט געװאָרן. ער האָט װי פארלאָרן 
דאָס לאָשן פון מויל, די הענט שלאבעריק, אין די אויגן, װײַזט אוס, 
פינצטער, און דער קערפּער -- וי באלד װעט ער אומפאלן. 

קאטערוכע איז באלד צו אים צו. יענער, זיסיע, האָט זיך אף אים א 
ביסל אָנגעלענט. אפן װעג פון סקלאד צו די טרעפּ פון קלײיט, װוּהין 
קאטערוכע האָט אים געפירט, האָט מען געזען, אז זיסיע װוערט בלאסער 


107 


און בלאסער, די אויגן מאכן זיך אים צו, און ער װעט שוין קוים, אן 
אָנמעכטיקער, די פיס שלעפּנדיק, צו די טרעפּ צוקומען. 

און אז ער איז צו און זיך װוי אן אונטערגעבראָכענער אראָפּגעלאָזט, 
דעם קאָפּ אין א זײַט, װי אין כאלאָשעס, פארװאָרפן, האָט ער פּלוצעם 
װי עפּעס א שלוקערץ געטאָן, האָט דאָס מויל געעפנט, און, װי צום 
ברעכן, האָט מיטאמאָל פון האלדז מיט בלוט א גאָס געטאָן. 

קאטערוכע האָט באלד א ליארעם געמאכט. עליאָקעם האָט אים דעם 
קאָפּ אופגעהויבן און אים עפּעס אן אלט שטיקל בעגעד, אָנשטאָט א קי- 
שעלע, אונטערגעלייגט. פון קלייט איז דער נעעמאָן ארויס. פון ארום און 
ארום, פון מארק, פון די נאָענטע קלייטן האָבן זיך טרעגערס, מעשאָרסים 
און אזוי זיך אוילעם גענומען צונויפקלללבן... 

מע איז געשטאנען, אין די ערשטע מינוטן ניט געװוּסט, װאָס צו טאָן. 
אייניקע האָבן גענומען זאָגן? ,א דאָקטער.. מ'דארף א דאָקטער". אנ- 
דערע --אז מ'דארף אים אהיים אָפּפירן. אייניקע זײַנען שוין לעבן אים 
געשטאנען מיט וואסער און געשפּריצט אף אים, אנדערע האָבן געזאָגט: 
,מע דארף ניט". אן אלטער טרעגער פון מארק, פרידל, איז צו אים צוגע- 
גאנגען און אים גענומען װוי װעקן: זיסיע, לאָז זיך ניט אָפּ.. זיסיע, 
מענטש זיך, נעם זיך אין די הענט. 

באלד האָט מען שוין אָבער געזען, אז ער איז פארבײַ, און פונעם 
גרויסן אוילעם, װאָס האָט זיך ארום אים אָנגעקליבן, האָבן זיך גענומען 
אויסטיילן רעדלעך און א ביסל אין א זײַט אָפּגײן. די, װאָס זײַנען 
געבליבן לעבן אים, די מער נאָענטערע באקאנטע מעשאָרסים, זײַנען גע- 
ווען אומבאהאָלפן עפּעס צו טאָן. צוזעענדיק איצט זײַן לאגע און וי זיך 
דערמאַנענדיק אין זייער אייגענער, זײַנען זיי, װי באלעכאיַם איבער א 
קראנקן זייער-גלײַכן, געשטאנען, געשוויגן, און באדענקלעכער אונטער- 
טעניקער טרויער אף זייער פּאָנעם. 

אנדערע, װאָס נאָך דעם, וי זיי האָבן אים אָנגעקוקט א װײַלע, האָבן 
פאר מיטלײַד און ראכמאָנעס מער אף אים ניט געקאַנט קוקן און זײַנען 
אין א זײַט צו א רעדל אָפּגעגאנגען, האָבן צװישן זיך גערעדט, זיך 
געטײלט און צו דער אלגעמיינער באדויערונג אויך זייערע צוגעגעבן; 

-- זיך דערהאָרעוועט... -- האָבן געזאָגט אייניקע. 

-- אונדזערן א ברודערס גליקן... 

-- אוואדע, --האָט א זאָג געטאָן א פרעמד-פארבײַגייענדיקע פרו, 
װוײַזט אויס, פון אָרעמען גראד, װאָס דאָס בילד פונעם בלוטנדיקן זיסיען 
האָט איר אין אייגענע, היימישע גרויסע אנגסטן דערמאָנט:--אוואדע! 
װאָדען? די נעגידים גיסן זיך גאָלד אין האלדז, און בא אָרעמעלײַט גיסט 
זיך דאָס בלוט פון האלדז. 

-- װויסט איז דער מאמע זײַנער, דער מאלקע-ריוועף איר לעצטער 
שוין איינציקער בוים, -- האָט א זאָג געטאָן אן אנדערע, א בארעמהאר- 
ציקע מארק-יידענע, װאָס איז געקומען פון דער מיט ארבעט, פון א זאָק 
שטריקן, און װאָס איינס א שפּיזל האָט איר אונטערן איער געשטעקט. 

-- װאָט שטייט מען? װאָס לאָזט מען אים דאָ ליגן? װאָס אין דאָרט 


168 


פאר אן אָרט פאר אים? ער קאָן דאָך דאָ אזוי אויסגיין -- האָבן שוין 
אנדערע, פריש צוגעקומענע געשריגן. 

-- זאָל מען ברענגען א פורל, זאָל מען.. גיכער! װאָס שטייט מען? 

דעמלט האָט זיך דער נעעמאָן, דער פרומער ליבערזאָן מיט דער פײַן- 
אויסגעקעמטער באָרד, װאָס איז ביז אהער געשטאנען א קאלטער, א געלא- 
סענער, גלײַךן ער האָט געווארט, אז באלד װעט זיך זיסיע אליין אופ- 
הייבן פון די טרעפּ, פון זײַן בלוט און פון זײַן כאלאָשעס, קעדיי פאר- 
שפּאָרן פון פרעמדע מײַלער בארעדט און באדויערט צו ער דעמלט, 
אז צו זײַן אוער האָבן שוין דערגרייכט די אויסגעשרייען און די פאַ- 
דערונגען עפּעס פירצונעמען און עפּעס װאָס גיכער און װאָס גייטיק איז 
צו טאָן פארן כוילע, און דעריקער, דערהערנדיק אויך, אז פון זײַטיקע 
און פון פרעמדע װערט שוין דעם באלעבאָס' נאָמען ניט צום איבעריק 
גוטן דערמאַנט, האָט ער, ליבערזאָן, װי א שטענדיקער און אײביקאָניקער 
דינער, װאָס אליין דער נאָמען ,באלעבאָס" מאכט אים אכטנדיק אופצי- 
טערן און איז אים טײַערער אפילע פון די האָר פון זײַן באָרד, האָט ער 
זיך איצט א כאפּ געטאָן, איז אין קלייט ארײַנגעלאָפן, צום טישקעסטל צו, 
פון דאָרט אייניקע מאטבייעס ארויסגעכאפּט, עס אפגיך פארשלאָסן, צום 
אוילעם, װאָס ארום זיסיען, אראָפּ, און צו קאטערוכען, װאָס אין א ני- 
דערגעשלאָגענער, װי אלע די ארומיקע, געשטאנען, א זאָג געטאָן: 

-- גײי ברענג א פורל, קאטערוכע, נא דיר געלט, אָבער זע דינג זיך. 

קאטערוכע האָט אין עטלעכע מינוט ארום א פורל געבראכט. ער מיט 
עליאָקעמען האָבן זיסיען ביידע אונטער די אָרעמס גענומען און אים 
פּאמעלעכן ארופגעזעצט. עליאָקעם איז, װײַל ער האָט נאָך פיל צו טאָן 
געהאט, אין קלייט פארבליבן, און קאטערוכען איז דערלויבט געװאָרן דעם 
קראנקן אהיים צו באלייטן, 

דער אוילעם האָט זיך אין שטילשװײַגן ארום פורל געקליבן, ביז 
מ'האָט זיסיען דאָרט אויסגעריכט און אײַנגעמאָסטעט, און אויך נאָך דעם, 
ווען דאָס פורל האָט גערירט, האָט דער אוילעם נאָך א שטיקל צײַט זיך 
צוזאמען געהאלטן און די געשעעניש באהאנדלט. 

אליין נאָר דער נעעמאָן, דער געטרײַער בוכפירער מיט דער געקעכל- 
טער באָרד, ליבערזאָן, האָט זיך באלד פון אוילעם אָפּגעטײלט. ער אין 
אין קלייט ארײַן, און שטייענדיק, װי ער איז געװוינט געװען און א 
ביסל קורצזיכטיק דאָס לענגלעכע קויטארישיביכל פארן לינקן אויג 
האלטנדיק, האָט, װי קעסיידער ער שרײַבט ארײַן אהין פארן קאטע-בוך, 
אויך איצט ארײַנגעשריבן: 

,בעד עגלה להמשרת זיסיע... קאָפּ..? 

אָט דעמלט האָט מוישע מאשבער, גראָד פון שטאָט אָנגעקומען און 
דעם גראָבן מארק דורכגייענדיק, פאר דער קלייט זיך באוויזן. ער האָט, 
װי צו א צוייטימאדרייגע-געשעפט, זעלטן אהין ארײַנגעקוקט. איצט 
אָבער, פארבײַגייענדיק און פארן קלייט עפּעס רעדלעך דערזען, האָט ער 
א פּארכידעשטער אהין אָפּגעקערעװעט. 

דער שמועסנדיקער אוילעם איז מיטאמאָל אנשוויגן געװאָרן. מע האָט 


169 


אים שװײַגנדיק דעם וועג אָפּגעטראָטן און מיט די אויגן ביז די טרעפּ 
אויבן באלייט, און אז ער איז ארײַן און באלד זיך צום אופצאפּלענדיקן 
ליבערזאָנען, װאָס איז אים אין גרויס דערעכערעץ אנטקעגן געלאָפן, זיך 
געװוענדט, אים א פרעג געטאָן: ,װאָס איז געשען? װאָס איז פארא רעד- 
לעך פארן קלייט?"-- האָט אים יענער אין גרויס האכנאָע באלד בארויקן 
גענומען: 

-- ס'גאָרניט... ס'גאָרניט... ס'איז זיסיען דעם מעשאָרעס עפּעס ניט 
גוט געװאָרן.. ס'האָט זיך אים געלאָזט דאָס בלוט פון האלדז, און מע 
האָט אים נאַרװאָס אהיים אָפּגעפירט... 


3 


אוואדע װאָלט ניט געווען געדארפט זײַן אזוי, אז אין יענעם אָװונט, 
װאָס נאָכן אויבן דערמאָנטן טאָג, וועגן וועלכן מיר האָבן נאָרװאָס דער- 
ציילט, זאָלן זיך צו מוישען איבעריק מענטשן צונויפקלײַבן. צוליב זײַן 
שווער געמיט װאָלט בעסער געווען, ווען מע װאָלט אים דעמלט געלאַזט 
צורו. האָט זיך אָבער געמאכט פארקערט, אז גראָד אין דעם אָװנט האָבן 
מענטשן זיך יאָ גענומען קלײַבן. צוערשט ליבערזאָן, דער בוכפירער, 
וועלכער האָט געפילט, אז דער צופאל, װאָס איז הײַנט באטאָג פאָרגע- 
קומען אין קלייט מיט זיסיען, וועט, מעגלעך, אפדערנאכט האָבן א געוויס 
שטיקל פאָרזעצונג: מעגלעך, פון א געוויסער זײַט װעט פארן באלעבאָס 
אָנקומען ערגערניש, און עס װאָלט ניט געשאדט, ער זאָל זײַן דערבײ, 
קעדיי, אויב מע װעט דארפן, װי ער איז באשטענדיק געווינט, דעם 
באלעבאָס אונטערהאלטן און פּאָטאקעװען. 

ער האָט זיך שוין געדרייט אין עסצימער, אלעמאָל א גרייטער אנט- 
קעגנצוקומען יעדן איינעם פונעם באלעבאָס' הויז מיט א בענימעסדיק 
װאָרט, צושטימען צו אלץ, װאָס יענער װעט ארױיסזאָגן, אפילע ווען א 
נארישקײַט; דערבײַ האָט ער אלעמאָל, װי זײַן שטײַגער, אפירגענומען 
די פײַנע באָרד מיט דער לינקער האנט פאר זײַנע אויגן און אף איר 
קעכלדיק, װי אף א מין צאצקע, א פארבײַלויפנדיקן פארגעניגטן קוק 
געגעבן. 

דער צווייטער --נאָכעם לענטשער, מוישעס איידעם, דער שטיק שול- 
דיקער אין מוישעס ערגערניש פון הײַנטיקן טאָג. ער, װאָס מערסטנטייל 
די אפדערנאכטן האָט ער די טעוע אָפּגעזונדערט בא זיך אין צימער צו 
פארברענגען, -- צי מיט דער פאמיליע, צי אין געשעפט-איניאָנים פארטאָן, 
און װאָס קומט זעלטן, אויסער אין אויסגענומענע פאלן, אין שטוב 
ארויס, -- אויך ער האָט דאָס מאָל צװישן אלע זיך געפונען. 

ער האָט זיך, װײַזט אויס, נאָך ניט בארויקט פון דער רײַזע, פונווא- 
נען ער איז געקומען, און דעריקער -- פונעם געשפּרעך מיטן שווער אינ- 
דערפרי, און אויך ער האָט אף א פאָרזעצונג פון זײַן איניען געווארט: 
עפשער האָט אים דער שװער נאָך װאָס צו זאָגן װעגן דעם, װאָס ע 
האָט זיך מיטן אדװאָקאט אויסגעייצעט, עפשער װעט ער אים דארפן 


10 


דער שווער, אים א רוף טאָן, קעדיי אף װײַטערדיקע שריט פאָרצונעמען 
זיך באראטן. 

דער דריטער--יאנקעלע גראָדשטײן, דער צוייטער איידעם, ,די 
שטילע טויב?, װי לײַט און די שטוב-מענטשן פלעגן אים רופן, אָדער וי 
די דינסטן --,דער אין די זאָקן", װײַל ער פלענט שטיל שטין, גיין און 
טרעטן, -- אויך ער, יאנקעלע גראָדשטײן, װאָס האלט זיך אוואדע טאַמיד 
אין א זײַט פון אלע, אפילע פון אייגענע אין שטוב,--אויך ער איז 
הײַנט אינמיטן. ער איז געקומען, פאר אלעמען, שטילינקערהיײיט באם 
שטילן ליבערזאָנען אין א ווינקל אָפּצונעמען א באריכט פארן טאָג אין 
קלייט, װוּ ער איז הײַנט א שטיק צײַט ניט געווען, אזוי וי ס'מאכט זיך 
מיט אים אָפט, אז ער װערט פארפאלן און מאנקירט מיט זײַן סויכער* 
צײַט גאָר ניט מײַסע סויכער. 

ס'האָט זיך אויך הײַנט באוויזן שאָלעם שמאריאָן--נאָר ניט וי זײַן 
שטייגער איז, אין די אפדערנאכטן קיין פרעמדע הײַזער צו באזוכן. ער 
באנוגנט זיך קעסיידער מיטן טאָג. דעמלט זעט מען אים, הערט מען 
איִם, דעמלט זײַנען אלע זײַנע הינטישע כושים אָנגעשפּיצט אף אומשנאָ- 
רען און אף אלץ, װאָס ער באדארף זיך צו דערוויסן, און אפדערנאכט 
דערפאר זעט מען אים שוין אין ערגעץ, װײַל דעמלט ליגט ער, װי מיט 
די ביינער, װאָס ער האָט פארן טאָג ערגעץ געפּאקט; און טוט זיי אין זײַן 
הינטישער ווינקל-לאָך הריזען. 

דאָס מאָל האָט אים דער טאָג ניט גענוגט, און ער איז געקומען אויך 
באנאכט שמעקן, שנאָרען: עפשער א װאָרט, עפשער א ווּנק, א װײַטע 
אָנדײַטונג נאָר אף דעם, וועגן וועלכן ס'האָט זיך צװוישן שווער און איי- 
דעם אינדערפרי אין קאָנטאָר בא מוישען הינטער א פארמאכטער טיר 
געהאנדלט. 

ער האָט איצט, װי אינדערפרי, פריַער זיך געדרייט ארום נאָכעמען, 
געפּרוּװוט א שמועס טאָן מיט נאָכעמס װײַב, מוישעס ייַנגערער טאָכטער, 
דערנאָך מיט איר שװועסטער, מיט דער עלטערער, און מיט איינעם װאָרט, 
װוּ נאָר ער האָט געמיינט, אז ס'וועט זיך לאָזן, וועגן יענעם איניען, װאָס 
אים אינטערעסירט עטװאָס ארויסצובאקומען. 

אָט די און אויך אנדערע אין שטוב. 

ס'האָבן זיך הײַנטיקס מאָל אף דער קיך ארײַנגעשטעלט אויך עליאָ- 
קעם מיט קאטערוכען, װאָס געוויינלעך קומען זיי נאָר א שאבעסצונאכטס, 
אונטער א יאָמטעו, בייס א שטוב-סימכע, אָדער אויך אינדערװאָכן אמאָל 
טרעפט זיך, ווען קאטערוכע ברענגט א מעציַע פון מארק, װאָס ליבערזאָן 
האָט אין זינען און טוט מיט איר אמאָל פארזאָרגן דעם באלעבאָס' קיך, 
ווען א געלעגנהײַט מאכט זיך. 

אן אנדערשמאָל איז קאטערוכע פריילעך, און װי נאָר ער קומט ארײַן, 
אזוי ווערט די קיך מיט אים פול: באלד האָט ער שוין דער קעכנע א לאכנ- 
דיקס צו דערציילן, אויך דער פּאָקאָיאָװוע, דער יונגער גנעסיען מיטן הויכן 
לעבעדיקן בוזעם אונטערן מולטענעם קאָפטל, װאָס קאטערוכע פארקוקט 


11 


זיך אף אים שטארק. ער האָט גנעסיען יעדעס מאָל איינע א געוויסע בא- 
מערקונג צו מאכן; 

-- זע, -- װײַזט ער איר אָן שטארק נאָענט מיטן פינגער אף איר 
קאָפּטל, -- זע, ס'פעלט זיך דאָך דאָ בא דיר א קנעפּל, גנעסיע.. 

דערבײַ כיטרעװועט ער מיט די אויגן און מיטן האָצמאך-לעצאַנישן פּאַ- 
נעם צו יענעם אָרֹט, װוּ ער װײַזט איר אָן, און זי, גנעסיע, טוט זיך קע- 
סיידער א כאפּ, האקט אים איבער דער האנט, און צוזאמען מיט דער קעכנע 
שעלט זי אים שוין בעשוטפעס. 

-- א קרענק אף אים, -- זאָגט איינע. 

-- א מיסע-מעשונע, -- די צווייטע. 

-- ער וואקסט אן אױסװוּרף, א קאָלבוי, א װאָס אין דער קאָרט, דער 
מאמזער, דער קאטערוכע. 

עליאָקעם, ווען ער איז דערבײַ, לאכט שטיל, גוטמוטיק און לאָזט זיך 
דערבײַ, צוזאמען מיט קאטערוכען, פון די דינסטן מיַט א גוטער זאך פון 
די באלעבאטישע שיראלם אופנעמען -- פון עסנווארג, און אמאָל מיט א 
גלאָז טיי באם טיש פון די דינסטן. 

הײַנטיקס מאָל זײַנען ביידע, עליאָקעם מיט קאטערוכען, געקומען ניט 
מיט קיין מיטגעבראכטע מעציעס פון מארק. הײַנטיקס מאָל האָט זיך אויך 
קאטערוכע, װי אלעמאָל, ניט געווערטלט: ס'איז אים נאָך אפן פּאַנעם דער 
ערנסט געלעגן פונעם איבערגעלעבטן אין קלייט באטאָג מיַט זיסיען, און 
דערנאָך, ווען ער האָט אים אפן פורל באלייט, און ויַאזוי דאָס װײַב, די 
קינדער, די מאמע זײַנע מאלקע-ריווע האָבן אים דערזען אונטער דער 
האנט אין שטוב ארײַנגעפירט װערן -- פון אים, פון קאטערוכען, און פון 
דער צווייטער זײַט -- פונעם פורמאן, װאָס האָט צוגעהאָלפן. 

די רייד אין קיך האָבן זיך דאָס מאָל (בעסאָד, נאטירלעך) ארום זיסיען 
געדרייט, און אלע, סײַ די דינסטן סײַ די מעשאָרסים, עליאָקעם און קא" 
טערוכע, האָבן עפּעס הײַנט װי אין קיך ניט געקאָנט אײַנזיצן, װי וועלנדיק 
הערן, װאָס מע װעט דאָרט, אין שטוב, דערפון ריידן. 

אין שטוב דעמלט האָט אָבער דערפון קיינער ניט גערעדט. די שטוב 
איז מיט עפּעס אנדערש פארנומען געווען. איבעריקנס, האָט קיינער, אוי- 
סער געציילטע מענטשן, דערפון ניט געװוּסט... 

ליבערזאָן האָט באם ארײַנקומען אין שטוב, דערזעענדיק גיטעלען א 
בלאסע, א מאטע און, װײַזט אויס, נאָך א שווערן קאָפּװײַטעק פון באטאָג-- 
זי געשאנעװועט, און -- אָדער ער האָט זײַן דערציילן אף שפּעטער אָפּגע- 
לייגט, אָדער אינגאנצן גאָר פארשװײַגן בעדייע געהאט, אָדער ער האָט 
אויך אליין אין דעם פארגעסן. 

ער האָט אויך טאקע געקאַָנט פארגעסן, מאכמעס יעדעס מאָל, ווען ער, 
ליבערזאָן, האָט זיך געפונען אין באלעבאָס' הויז, האָט ער זיך געפילט, וי 
אף ספּראָנזשינעס: יעדעס מאָל גרייט אופצושפּרינגען און מיט גרויס קאַ- 
װעד עמעצן פון די שטוב-לײַט אויסצוהערן, ווען מע האָט זיך צו אים גע- 
ווענדט: און אן אנדערשמאָל, ווען ניט געװענדט -- זיך צו דער צײַט אין 
א געשפּרעך ארײַנמישן און אונטערזאָגן װעמען מע דארף און ועמען 


172 








מע דארף ניט, אבי נאָר דעם, װאָס האָט צו זײַן באלעבאָס' שטוב א װאָ- 
סער-ניט-איז שײַכעס. 

מ'האָט אין שטוב דעמלט אָװנט-טײי געטרונקען. גיטעלע האָט געזען 
אז די שווערע שטימונג, מיט וועלכער איר מאן, מוישע, איז אינדערפרי 
פון שטוב ארויס, האָט זיך בא אים פארן טאָג פארגהעסערט, אז צו דעם, 
מיט וועלכן ער איז ארויס פון שטוב, איז אים עפּעס דאָרט פארן טאָג 
אפן וועג נאָך צוגעקומען. זי װאָלט אים אן אנדערשמאָל אין אזא פאל 
געוויס געייצעט זיך גיין צולייגן. אָבער הײַנט, זי ווייסט אליין ניט פאר- 
װאָס, האָט זי גאָר געטאָן װי דעם הײפּעך: ניט גענוג װאָס זי האָט ניט 
געזען אים צו דערװײַטערן פון שטוב, פון טומל, פון פרעמדע מענטשן און 
פון אלץ, װאָס קאָן אופרעגן אין אן אופגערעגטן צושטאנד, האָט זי נאָך 
פארקערט געטאָן: ס'איז איר פּלוצעם אײַנגעפאלן עמעצן שיקן, מע זאָל 
גיין לוזין צום טיש, צו דער אָװנט-טײ רופן, 

דער, וועמען זי האָט געשיקט, איז אוועק, אָבער באלד טאקע האָט זיך 
פון די װײַטע צימערן ניט נאָר לוזי אליין, נאָר צוזאמען מיט אים נאָך אלי- 
נער, צוזאמען מיט אים אויך סרולי, באוויזן. 

דאָס זײַנען זי פון לוזיס אלקער און פון יענעם געשפּרעך געקומען, 
פון וועלכן לוזי האָט הײַנט אינדערפרי אים, סרולין, אף שפּעטער, אף 
באטאָג, אף פארנאכט אָפּגעלײיגט. איצט האָבן זײי אים, װײַזט אויס, גע- 
האט, דעם געשפּרעך, וועלכן מיר זאָגן זיך אָפּ איצט אים איבערצוגעבן, 
מאכמעס ער װאָלט אונדז דאָ איבעריקס און צו לאנג פארהאלטן אָבער 
צו וועלכן שפּעטער, אף אן אנדער אָרט, װעלן מיר זיך צו אים נאָך 
אומקערן. 

ביידע האָבן האָפערדיק אויסגעזען, װי צופרידן איינס פון אנדערן, און 
דאָך סרולי מיט מער דערעכערעץ, װי לוזי צו אים, אזוי אז באם ארײַנ- 
קומען און באם שוועל אריבערטרעטן האָט סרולי לוזין פאָרױסגײן גע- 
לאָזט, אים דאָס ערשטע אָרט אָפּגעטראָטן. 

אין שטוב איז דאָס אן איבעראשונג געווען. דער רוישעם, װאָס דאָס 
האָט געמאכט אף אלעמען, דעריקער אף די אייגענע פון שטוב, איז געווען 
א װוּנדערלעכער: װי קומט לוזי גאָר צו סרולין, און װוי האָבן זיי זיך גאָר 
געטראָפן אזוינע איינער מיטן אנדערן? דערצו נאָך אזוי אופגעלייגט און 
וי נאָך עפּעס א מין געשלאָסענער אכדעס -- אזוי האנט בא האנט, אזוי 
היימיש-ברודעריש... 

קיינער האָט פארנאכט ניט באמערקט, וי סרולי איז ארײַן צו לוזין, 
קיינער האָט דאָרט דעם גאנצן אָנהייב-אָװונט זייער צוזאמען-זײַן ניט כוי- 
שעד געווען, און איצט, אז גיטעלע האָט זיי ביידע אף דער שװעל אופ- 
טרעטן דערוען, האָט זי געװאָלט אזש אױיסשרײַען פון פארװונדערונג. 
מוישע האָט זיך אומרויק פון זײַן בענקל א הייב געטאָן, אויך די איבע- 
ריקע אייגענע -- דאָס זעלבע. 

ביידע, לוזי און סרולי, האָבן באלד פארנומען ערטער באם טיש. לוזי 
האָט זיך געלאָזט טיי דערלאנגען, אויך סרולי. דערבײיַ זײַנען זייערע ער- 
טער אויסגעקומען איינס לעבן אנדערן, און סרולי האָט זיך א ביסל אויס- 


173 


געדרייט מיטן רוקן צו די אלע, װאָס זײַנען אין זײַן זײַט געזעסן, און 
מיטן פּאָנעם מער געקערעוועט צו לוזין, 

ס'האָט שוין געהאלטן דערבײַ, אז, דאָס צוזעענדיק, זאָל מוישע איצט 
פון זײַן בענקל זיך אופהייבן אף אוועקצוגיין, וי ער האָט עס אינדערפרי 
געטאָן. באזונדערס נאָך אצינד, ווען ער האָט פאר זיך אי לוזין אי סרולין 
עפּעס וי צונויפגערעדטע געהאט, און זייער אכדעס האָט אים געשטאָכן 

ס'האָט אויך געהאלטן דערבײַ, אז גיטעלע, קוקנדיק אף מוישען און אים 
גוט קענענדיק, און זעענדיק זײַן ערגערניש, און מוירע האָבנדיק פאר 
דעם, װאָס מע האָט באדארפט מוירע האָבן, פאר דעם, װאָס האָט זיך איצט 
אפן סייכל געלייגט -- פאר עפּעס א קריג צװישן די ברידער, א קריג, 
װאָס פרעמדע מענטשן װעלן בא איר בײַזײַן און דער ביזאָיען װעט נאָך 
זײַן טאָפּלט, -- האָט שוין געהאלטן דערבײַ, אז איר קאָפּװײטעק פון טאָג, 
װאָס האָט איר שוין געהאט א ביסל נאָכגעלאָזט, זאָל זיך איצט וידער 
אָפּרופן און פארשטארקן, און זי האָט טאקע באלד מיט די הענט די שלייפן 
א פּרוּוו געטאָן, זען, צי ער הייבט זיך איר ווידער ניט אֶן.. 

האָט אָבער אין דער מינוט געטראָפן, אז אף דער שװעל, פון טיר אָנ- 
קומענדיק, האָט זיך א פרוי ארײַנגעשטעלט. א הויכע, העכער פון מיטע- 
לער װוּקס, אין די פּלייצעס א גלײַכע, מיט א שאל אף די אקסל, און דאָס 
איז געווען מאלקע-ריווע, זיסיע דעם הופּטימעשאָרעס! מאמע. 

זי האָט, -- ניט געקוקט, װאָס ס'האָט זי הײַנט דער גרויסער אומגליק 
געטראָפן, װאָס דאָס לעצטע שטיקל זון האָט זיך איר אװעקגעלייגט, און 
פון איר פריִערדיקער דערפארונג האָט זי אויך געװוּסט, אז ס'איז ערנסט, 
און האלעװײַ דער סאָף זאָל אים זײַן א גוטער, -- ניט געקוקט דערוף, 
האָט זי דאָך, גײיענדיק איצט צום גוויר, צום מאנס װײַטן קאָרעװו און צום 
זונס באלעבאָס, אויך דעם שאבעסדיקן שלייער אָנגעטאָן--דער, װאָס 
פארקעמט זיך שטארק גלאט אף ביידע קאָפּיזײַטן מיט א שרונט אינמיטן, 
אויך אירע מעשענע צוויי לאנגע זיך באָמבלענדיקע אוירינגלעך, די לעצי 
טע, װאָס זײַנען איר נאָך פון אמאָליקע גוטע צײַטן פארבליבן, און װאָס 
קיינער האָט זיי שוין ניט געקויפט, און אין שלעכטע צײַטן האָבן זיי זיך 
שוין אין ערגעץ ניט געלאָזט פארזעצן, 

יאָ, ניט געקוקט דערוף, דאָך אין שלייער און אין די אוירינגלעך. װײַל 
אזא איז זי שוין געווען, מאלקע-ריװוע: אן אויסטערלישע, מיט א שטארקן 
מאָדנע-אויסגעהאלטענעם כאראקטער, באזונדערס אין א צאָרע-צײַט א 
שטיק מאנצבל, און אפילע מערער -- געזינטער און אויסגעהאלטענער פון 
א מאנצבל. 

מע האָט זי אלע געקענט און מע האָט זי אלע שטארק געאכטעט. און 
ס'איז געווען פאר װאָס: װײַל אין איר געשטאלט איז א קליינער איִעװו 
ארומגעגאנגען, אייך אזוי, װי יענער, א געשלאָגענער, אָבער ניט, װי יע- 
נער, קיין געבראָכענער. 

זי האָט אין לעב; פיל איבערגעהאט, פיל אויסגעשטאנען, אָבער אירע 
טריט און איר קאָל -- פעסטע, און אין די פּלײיצעס א גלײַכע. זי האָט 
בּאלד נאָך דער כאסענע אָנגעהויבן קינדלען. בא יעדן , טראָגן" געבלוט, 


115 174 





גאנצע פעסער אָפּגעגעבן. מע האָט געמיינט, זי עקט זיך, אָבער אָפּנעהאט, 
געבוירן -- איז זי װײַטער געזונט, ,טראָגט? װײַטער און בלוט װײַטער, 
דאַקטוירים האָבן זי שוין, װי אן אויסנאם, געקענט, האָבן אופגעהערט איר 
מעדיצין געבן, און װײַבער האָבן זיך אופגעהערט כידעשן: מאלקע-ריווע. 

זי האָט אזוי זיבן זין אויסגעשיט, זיי דערצויגן, אין גוטע צײַטן -- 
מיט גוטס געהאָדעװעט, אין שלעכטע -- זי אף ארבעט צו פרעמדע אָפּ- 
געשיקט. אָבער קינדער -- איינס אין איינס, װוי די ליכט, גרויסע, הויכע, 
שטאלטנע, מיט רויטע באקן. 

נאָר דאָ האָט זיך עס אָנגעהױבן: וי זיי זײַנען אונטערגעוואקסן, אזוי 
האָט אין איינעם א שיינעם טאָג איינער אן אכצניאָריקער זיך אוועקגעי 
לייגט, האָט אין א פּאַר כאדאָשים ארום מיט טרוקענעם הוסטן און פאלשע 
רויטע באקן אָפּגעברענט, און אוועק. דער צוייטער -- א צוייטע פּאָר 
כאדאָשים -- און דאָס זעלבע. אזוי איינס נאָך איינס, און די קלאָלע האָט 
זיך בא איר פאר א פעסטן גאסט באזעצט. 

יעדעס מאָל, ווען מ'פלעגט פון איר שטוב א פרישן זון ארױיסטראָגן 
באזונדערס װען עס האָט שוין געהאלטן בא די לעצטע, באם פינפטן 
זעקסטן, האָבן שוין די געזינטסטע מאנצבלען פון די נאָענטסטע, פון דִי 
אייגנסטע אפילע, מוירע געהאט צו דער לעװײַע צו קומען, װײַל ער 
קאָן אזוינס דען צוזען? די, װאָס זײַנען אָבער אף די לעװײַעס יאָ בײַגע- 
ווען, האָבן מאלקע-ריווען קעסיידער געטראָפן אין דער שאל אף די אקסל, 
די אויגן טרוקן, ניט געוויינט, ניט געליארעמט, נאָר יעדעס מאָל, אז מע 
האָט שוין געהאלטן בא טארע, און זי פלעגט זיך אין שטוב מיט א היי 
מישן, מיט אן עלטערן, דעריקער מיט א פרומען מאנצבל אָנטרעפן, פלעגט 
זי אים אָפּשטעלן, אף אים א טרוקענעם קוק געבן, שטיל זיך וענדן און 
וי געשעפטלעך א זאָג טאָן: 

-- הא, װאָס זאָגט ער? מע זאָגט, דאכט זיך, אז ס'איז דאָ א גאָט אף 
דער וועלט... 

-- װאָס רעדסטו, מאלקע-ריווע, -- פלעגט יענער אין גרויסן מיטפילני 
דיקן צאר, אָבער, פאר אירע װוערטער מוירע האָבנדיק, זי פון לעסטערן 
וועלן אָפּהאלטן. 

-- איז װווּ איז ער, הא? 


דאָס מאָל, אז מע האָט איר הײַנט זיסיען, דעם לעצטן, א בלאסן א 
האלב-אונטערגעבראַכענעם, מיט שטעכיקע האָר אפן פּאָנעם, אהיים גע- 
בראכט און אים גלײַך אפן בעט אוועקגעלייגט, האָט זי װײַטער, וי איר 
שטייגער, קיין קוילעס ניט געמאכט, דאָס װײַב פון זײַן בעט װי אָפּגע- 
שארט, די קינדערלעך אין א זײַט געהייסן אָפּגײן, צוגעגאנגען, א קוק 
געטאָן און א זאָג געטאָן: , זון מײַנער?, און ניט מער. נאָכדעם האָט זי שוין 
דעם איבעריקן טאָג דאָס װײַב אים געלאָזט באדינען, אויך די קינדערלעך 
לעבן אים שטיין, און פארנאכט, ווען ס'איז טונקל געװאָרן, האָט זי אין א 
ווינקל צימער איר שלייער אָנגעטאָן, די שאל אף די אקסל גענומען, און 
פון דאָרט, װוּ זי און זיסיע האָבן װײַט געװוינט, אזש אין דריטן רינג, 


15 


אהין, אין דער צווייטער עק שטאָט, װוּ מוישעס הויז האָט זיך געפונען, זיך 
געלאָזט. 

אז זי איז ארײַן אין קיך, האָבן זי גלײַך פארפריַער קאטערוכע און 
עליאָקעם, נאָכדעם די דינסטן באמערקט. ניט זיי איר און ניט זי זיי האָבן 
קיין װאָרט ניט געזאָגט, נאָר אלע אין קיך בײַזײַענדיקע האָבן זי מיט בא- 
לייטנדיקע אויגן דורכגעלאָזט. און אז זי איז די קיך דורכגעגאנגען, האָבן 
אלע יענע, פאר זיך אליין ניט באמערקט, פון זיײיערע ערטער -- װוּיווער 
געשטאנען און ווער-וווּ געזעסן -- זיך גערירט און אופגעהויבן, און וי 
געצויגן פון מאלקע-ריווען, נאָך איר גלײַכער שטאלטנער פּלייצע מיט דער 
שאל, װאָס אף איר, נאָכגעגאנגען. 

אז זי איז ארײַן, אז זי האָט זיך געוויון, האָט זי צוערשט דערזען מוי- 
שען, װאָס איז געזעסן אױבנאָן אף זײַן אָרט באם טיש. ער האָט אויך 
דערזען, װי הינטער איר, וי זיך נאָכציַענדיק נאָך איר, האָבן זיך שטיל, 
איינער הינטערן אנדערן, די קיך-לײַט, די מעשאָרסים, דינסטן ארײַנגע- 
שטעלט, גלײַך זיי ווארטן פון איר, מאלקע-ריוועס, אָנקומען און פון דעם, 
וויאזוי מ'װועט זי דאָ אין צימער באגעגענען, װי אף עפּעס א מין פאָר- 
שטייענדיקער פאָרשטעלונג. 

באלד נאָך מוישען האָט זי אויך גיטעלען דערזען, און אויך זי-- די 
אונטערקומענדיקע הינטער איר, און די זאך איז איר געװען א כידעש, 
און זי האָט זיך א פארװוּנדערטע געװוענדט צו מוישען, צו דעם, װאָס יע- 
דעס מאָל, װוען זי איז אין א פארלעגנהײַט, ווען זי פארשטייט עפּעס ניט 
און זוכט באשייד, 

ס'האָט אויך באלד ליבערזאָן זי באמערקט, און ער האָט שוין געװאָלט 
אופשפּרינגען, איר אנטקעגן לויפן, און דער ערשטער בא איר א פרעג 
טאַן: ,װאָס מאכט ער?!?.. ניט אזוי צוליב זײַן אייגענעם אינטערעס, נאָר 
צוליבּ דעם, װאָס דער איניען איז דאָך די באלעבאטים נעגייע. 

באלד אויך האָט סרולי, װאָס, וי געזאָגט, איז מיט א זײַט אויסגעקע- 
רעוועט געווען, -- און דאָס איז דאָך פארשטענדלעך, אז מיט יענער זײַט 
איז ער צום אױבנאָן געווען געקערעוועט, און מיטן פּאַנעם צו דער טיר, 
װאָס פירט פון קיך, געווענדט, -- אויך סרולי, אז ער האָט זי דערזען, האָט 
ער באלד מיט זײַן פארשארפטן כוש דערפילט, אז דאָ איז עפּעס פארן טאָג 
אָן זײַן װויסן געשען. װאָס אזוינס -- האָט ער ניט געקאָנט טרעפן, אָבער 
אין פּאָנעם בא מאלקע-ריווען האָט ער דאָך עפּעס געלייענט, און דעריקער, 
אין דער נײַגעריקײַט און מוירע, װאָס אף די דינסטנס און מעשאָרסימס 
פּענעמער אויסגעדריקט, און דאָס האָט אים שוין פון אָרט אונטערגעהויבן, 
אינגאנצן צו יענער זײַט אים אויסדרייען געמאכט, און אינגאנצן שוין אָנ- 
געשפּיצט, װי א מילכאָמע-פערד, ווען ס'דערשמעקט דעם שאל-האָרן. 

און נאָך סרולין אויך די אנדערע שטוב-לײַט און אפילע די געסט אין 
שטוב, 

מאלקע-ריווע דעמלט, װאָס זי האָט געהאט פון איר היים א גרויסן וועג 
דורכצומאכן, א גוואלדיקן שטיק מעהאלעך דורך דער גאנצער שטאָט קי- 
מאט, וועלכע איז געווען שוואך באלויכטן, נאָר מיט ליכט און לאָמפּן, װאָס 


11--9 178 


האָבן זיך פון די נידעריקע פענצטער פון די הײַזער װוּ ארויסגעזען, -- 
מאלקע-ריווע האָט איצט, פון דער פינצטער אָנקומענדיק, זיך געטראָפן 
אין דער שטארק-באלויכטענער נעגידישער עס-שטוב מיט דער הארכאָווע, 
מיט די געסט בא דער טי אין שטוב באם טיש: זי האָט, דאָס דערזעעג- 
דיק, זיך דערמאָנט, פונוואנען זי קומט -- פונעם ענגן אלקער, װאָס כאָטש 
זויבער, ריין, װי איר זיסיע האָט ליב און פאָדערט פון זײַן װײַב זויבער- 
קײַט, אָבער אָרעם, נאקעטלעך, אפילע ווען אלע זײַנען געזונט אין שטוב, 
ביפראט הײַנט, ווען ער, זיסיע, האָט זיך א כוילע באוויזן, איז שוין גלײַך 
די אָרעמקײַט מיטאמאָל אין צוויי מאָל, דרײַ מאָל דאָך אויסגעוואקסן: אין 
אָט, זיך דאָס דערמאָנענדיק, און האָבנדיק דעם גווירס שטוב און די גרויסע 
ליכט פונעם הענגלאָמפּ איצט פאר די אויגן, האָט זי זיך א װײַלע אופגע- 
האלטן, אף דער שװעל קימאט שטיין געבליבן, און נעענטער אין צימער 
ארײַנצוקומען װי קיין פיס ניט געהאט... באלד אָבער האָט זי צום טיש א 
גי געטאָן און צום אױבנאָן זיך א רוק געגעבן, קעדיי זיך שטעלן בא 
דער זײַט פון מוישען, צוליב וועמען, אייגנטלעך, זי איז געקומען און 
געשעפטלעך באדארפט האָבן זיך צו ווענדן, און באלד האָט זי זיך טאקע 
געווענדט צו אים. 

דערבײי זײַנען אלע באם טיש אנשוויגן געװאָרן. סרולי האָט זיך מיטא- 
מאָל צו זײַן צווייטער זײַט אויסגעקערעוועט, אהין, װוּהין פריִער האָט ער 
ניט געװאָלט קוקן --צום אױבנאָן, הייסט עס; אויך לוזי-- מיט זײַן 
בליק אהין, אָפּגערעדט שוין פון אלע איבעריקע. 

און מאלקע-ריווע האָט א זאָג געטאָן: 

-- ער ווייסט מיסטאמע, מוישע (זי האָט אים ניט געירצט, װײַל זי 
איז אים א קרויווע, װײַל זי איז מיט אים איינע יאָרן, און װײַל, ביכלאל, 
האָט זי, דאכט זיך, קיינעם ניט געיַרצט), צוליב װאָס זי איז איצט געקו- 
מען, װאָס ס'האָט הײַנט מיט איר זיסיען געטראָפן? 

-- יאָ, ער ווייסט. 

-- ער ווייסט מיסטאמע אויך, אז די שטוב האָט אזוי אויך געלעבט אין 
נויט און אין דאכקעס, ביפראט איצט, ווען מע דארף דאָקטוירים, רעפועס 
אאוו, 

-- איז װאָס קאָן מען העלפן... דערװײַל גייט דאָך אים די סכירעס... 

מוישען האָט גלײַך, װײַזט אויס, פארדראָסן, װאָס זי, מאלקע-ריווע, 
האָט שוין דעם ערשטן טאָג, װי נאָר דאָס אומגליק האָט זיך איר געמאכט, 
קיין צײַט ניט געהאט און גלײַך געקומען מײַסע-קאפּצן בעטלען, קיצווע 
מאָנען. דערצו נאָך, ווען אפילע שוין יאָ געקומען, האָט מען דאָס באדארפט 
מאכן שטילערהייט, ניט פאר אלעמען אין די אויגן, ניט צו אים אליין 
זיך ווענדן, נאָר פריער גיטעלען אָפּרופן, און גיטעלע װאָלט מיט אים 
וועגן דעם שוין געווען איבערגערעדט, און מע װאָלט שוין ווייגיט-אין 
געטאָן װאָס מעגלעך... 

ער האָט דערום גלײַך באם אָנהײב געשפּרעך מיט איר שוין זיך גע- 
װאָלט פון איר אָפּטשעפּען, מאכן דאָס בעקיצער: קיין גאזלען, הייסט עס, 


17 


איז ער דאָך ניט, און װאָס מע טוט, און וי מענטשן זײַנען זיך נויהעג אין 
אזוינע פאלן, ווייסט ער. 

זי, מאלקע-ריווע, אָבער, האָט זיך זײַן גווירישע לאגע צום הארצן ניט 
גענומען, זיך ניט געקאָנט נעמען, װײַל צום הארצן איז איר געווען נעענ- 
טערס... זי האָט געװוּסט, אז זיסיעס קרענק און אוועקלייגן זיך איצט איז 
ניט אף קיין קאטאָװעס, געװוּסט אויך, אז װאָכערניקעס ווייסן ניט פון 
זײַן קרענק, און זיי װעלן זייערס קומען מאָנען, און דער רובל מיטן פער- 
טעלע די װאָך, ווען אפילע ער, דער באלעבאָס, מוישע, װעט א צײַט ניט 
מיד װוערן דאָס צו געבן, װועט איצט, בא דער איצטיקער לאגע, ניט קלעקן 
דער מינדסטער נויט אפילע דאָס מויל צו פארשטאָפּן. 

און זי, מאלקע-ריווע, האָט דאָס אים אלץ געזאָגט פאר אלעמען אין 
די אויגן, אין די אויגן פון אלע די, װאָס זײַנען איצט געזעסן באם טיש, 
און אויך פאר יענע, װאָס זײַנען בא דער טיר געשטאנען. 

-- איז װאָס װויל זי? -- האָט זיך מוישע דאָ פון בענקל א הייב גע" 
טאָן. -- איז װאָס נאָך קאָן ער טאָן? ס'איז אזוי אויך איבערגענוג, און פון 
זײַן זײַט איז ער שטענדיק יויצע, און פאר קרענק איז קיינער ניט בא- 
װאָרנט, און אז מע קאָן ניט אין דער היים, אז ס'איז שווער אויסצוהאלטן 
דעם כוילע, איז דערוף דאָ א ביקער-כוילים. 

-- א ביקער-כוילים?! װאָס רעדט ער, מוישע? װאָס האָט ער געזאָגט? 
ער איז דאָך אליין גאבע אין ביקער-כוילים, ער ווייסט דאָך, ווער ס'קומט 
אהין אָן, ער ס'ליגט דאָרט, און ווייסט, ויַאזוי מ' גייט דאָרט ארום ארום 
כאלאָיִם? 

-- מע גייט, -- האָט מוישע איבערגעשלאָגן און די אים ניט אָנגענעמע 
רייד ניט געװאָלט הערן, -- מע גײט, װי מע קאָן, וויפל די שטאָט גיט 
געלט דערוף און לאָזט זיך קאָסטן. װאָס קאָן מען מער, װאָס קאָן מען 
בעסער? 

-- מוישע, -- האָט דאָ מאלקע-ריווע זיך א שטעל געטאָן, אזש די מע- 
שענע אוירינגלעך האָבן זיך איר א באָמבל געטאָן און די שאל פון די 
אקסל האָט זיך גענומען אראָפּרוקן אף צו פאלן, -- מוישע, דו זאָלסט ניט 
געפּרוּווט װערן! איך בין א געפּרוּווטע, און איך בין צו דיר געקומען ניט 
נאָך קיצווע, נאָר מאָנען װאָס סע קומט! בא דיר איז ער קראנק גע- 
װאָרן, בא דיר, אין דײַנע רײַכע געשעפטן, האָט ער זײַנע אָרעמע קויכעס 
אוועקגעלייגט, און דו ביסט מעכויעוו, לויט אלע דינים, װאָס שטייען אין 
דער טוירע, און אויב עס שטייט ניט, מעג עס שטיין. 

-- מעכויעוו? 

-- יאָ, מוישע! 

-- איז װאָס זאָל ער טאָן? 

-- װאָס טאָן? -- האָט דאָ פּלוצעם דער מעשוגענער סרולי, װאָס קיי- 
נער האָט אים ניט געפרעגט און אף זײַן װאָרט, נאטירלעך, ניט געווארט, 
א זאָג געטאָן אזוי הויך, אזוי קלאָר און אזוי אומגעריכט, אז בא אלע אין 
די אויערן האָט אזש אָנגעהױבן קלינגען. -- װאָס טאָן? װאָס מע דארף! 
װאָס מע טוט פאר זיך! און אויב ביקער-כוילים, זײַנען גאבאָיִם בילכער -- 





18 





אליין דאָרט א בעטל צו פארנעמען און אױספּרוּוון, זען, וי געשמאק ס'איז 
דאָרט א געזונטן, ביפראט דעם, װאָס שפּײַט מיט בלוט... 

די האָזע פון סרולין דאָס מאָל איז געווען אזוי אומגעריכט, אזוי גוואל- 
דיק, אז אלעמענס אויגן האָבן זיך מיטאמאָל צו אים א ווענד געטאָן, װי 
צו א זאך, װאָס פאלט פּלוצעם און אומגעריכט אראָפּ פון באליק. 

גיטעלע האָט זיך א הייב געטאָן, װי איר מאן צו באשיצן, ליבערזאָן -- 
אויך, און גלײַך ער האָט ניט געגלייבט דאָס געהערטע צו הערן. אלע אָנ- 
געשטרענגט, און אויך לוזי האָט אף סרולין -- ניט צו באמערקן געווען, צי 
מיט טארומעס, צי, פארקערט, מיט צושטימונג, -- א קוק געגעבן. 

און אליין מוישע, װאָס דער טאָג איז אים הײַנט א שװערער געװעףן 
אינדערפרי פון דער געבראכטער ליבער יעדיַע פון זײַן איידעם, דערנאָך 
באם אדװאָקאט, פון וועלכן ער איז, װײַזט אויס, אויך ניט קיין איבעריק 
געטרייסטער ארויס, און איצט גאָר אזא זאך -- מיט א כוילע, מיט א 
מאלקע-ריווען, מיט דינסטן און מעשאָרסים, װאָס שטייען בא דער טיר אין 
א בינטל און הערן, װאָס זיי דארפן ניט, און אויך אנדערע: און איבער 
אלעמען -- אָט דער מעשוגענער, דער ניט-גערופענער, ניט-געבעטענער, 
װאָס װירקט אף אים שטענדיק ביטער, באזונדערס הײַנט, און דערצו נאָך 
בא דער רעכטער האנט פון זײַן ברודער, און נאָך דערצו אזא באליידי- 
קונג, -- אליין מוישען, זאָגן מיר, איז דעמלט, נאטירלעך, גאָרניט גע- 
בליבן, אויסער פון זײַן אָרט זיך א הייב טאָן, אין טיש א קלאפ טאָן, און 
א געשריי צו טאָן צו סרולין ניט מיט זײַן קאָל, און אפילע, װוי א מענטש, 
װאָס גייט ארויס פון די קיילים זעלטן; 

-- ארויס פונדאנען! ארויס פון מײַן שטוב!! 

דעמלט האָט לוזי, װאָס האָט ביז אהער געשוויגן, אין געשפּרעך זיך ניט 
געמישט, און, װי ס'װײַזט אויס, אפילע ניט בעדייע געהאט זיך צו מישן, -- 
איצט, אז ער האָט מוישעס געשריי דערהערט און, װי אלע, פון דעם גע- 
פּלעפט געװאָרן, װײַל ער האָט ניט געװוּסט, מיט װאָס װעט סרולי דערוף 
ענטפערן, און ביכלאל, װײַל פון אים, פון מוישען, האָט ער זיך אף אזא 
קאס ניט געריכט און אף אזא זאך, װוי א מענטשן פון שטוב ארױסטרײַבן, -- 
דאָ האָט לוזי, אף סרוליס זײַט זיך שטעלנדיק, זײַן קאָל געהעכערט, אויך 
ער האָט פון זײַן אָרט זיך אופגעהויבן, און איבערן טיש אריבער, איבער 
אלעמענס קעפּ, און צו זײַן ברודער אין פּאָנעם א זאָג געטאָן: 

-- זאָל ער מעכילע בעטן, מוישע, ער האָט א מענטשן פאר א ראבים 
מעװײַעש געװען!. זאָל ער אים טייקעף איבערבעטן. 

-- ער, מוישע, אים, סרולין... איבערבעטן? 

-- יאָ, ער -- אים. 

-- אזוי זאָגט ער? א מענטשן מעװײַעש געווען? ס'איז דאָך אָבער קיין 
מענטש ניט, ס'איז דאָך אן אָנשיקעניש, װאָס פרייט זיך אף אלעמענס 
אומגליקן, און ס'איז שוין לאנג צײַט, מע זאָל אים פון אומעטום, פון אלע 
הײַזער ארויסטרליבן. 


1 פאר פיל מענטשן אין די אויגן פארשעמט. 


19 


-- אָבער װוּ האָט ער עס געזען, װי מע טרײַבט? , פון מײַן שטוב? זאָגט 
ער. פון דײַנער?.. פארװאָס עפּעס פון דײַנער?. לי הבית. ו 

-- האלט ער אים, הייסט עס, אונטער. איז אוב אווי, -- האָט דאָ 
מוישע אויסער זיך פון קאס אויסגעשריגן, -- װעט אים אויסקומען צו" 
זאמען מיט יענעם אויך אים, לוזין, איבערצובעטן. 

-- מוישע! -- האָט דאָ גיטעלע איר מאנס מיין און די גרויסע באליידי- 
קונג, װאָס ער האָט לוזין אָנגעטאָן, פארשטאנען און אויסגעשריגן: -- 
מוישע! 

-- טאטע! -- האָבן אויך די טעכטער פארשטאנען, אויך זיי אויסגע- 
שריגן, און זיי זײַנען צו זייער פאָטער, צו מוישען, צו, אים אין זײַן קאס 
אופצוהאלטן און װוי זײַן מויל פון װײַטער ענלעכע אזוינע ווערטער ארויס- 
צולאָזן אָפּצוהיטן. 

-- שװוער! -- האָבן אויך די איידעמס פארציטערטע צו אים זיך א לאָז 
געטאָן... 

און מוישע, כאפּנדיק זיך, װאָס ער האָט דאָ נאָרװאָס אין גרויס קאס 
פון מויל ארױיסגעלאָזט, האָט זיך נאָך מער צעקאסט, און וענדנדיק זיך 
צו דער קלוימערשטער סיבע, צו דער איקער-סיבע פון זײַן גוואלדיקער 
אופרעגונג, צו סרולין, מיט אן אופגעהויבענער האנט, װי ארויסגעריסן זי 
פון דעם רעדל היימישע, אייגענע, װאָס האָבן אים ארומגערינגלט, האָט 
ער אים מיט איר אֹף דער טיר אָנגעװיזן און וידער אויסגע- 
שריגן: 

-- ארויס פונדאנען! דײַן פוס זאָל זיך דאָ מער ניט געפינעף און אויב 
דער איז א מענטש, -- האָט ער װײַטער געשריגן און איצט שוין צו לו- 
זין זיך געווענדעט, -- אויב יענער איז א מענטש, איז ער, לוזי, אים קיין 
ברודער... 

-- מוישע! טאטע! שװער! -- האָבן זיך דערהערט פארציטערטע קוי- 
לעס, אויסגעשרייען פון לעבן מוישען, פון זײַנע אייגענע, וועלכע האָבן 
אים ארומגערינגלט. 


און װוּנדערלעך: סרולי האָט דעמלט ניט געשאָלטן, זיך ניט קעגנגע- 
שטעלט, אפילע דאָס מויל ניט געעפנט -- ניט וי זײַן שטייגער אפילע 
אין גרינגערע פאלן, ווען די באליידיקונג אזא נישטיקע, ביפראט איצט, 
בא אזא פאל, װאָס מיט אים האָט זיך געמאכט זעלטן, ריכטיקער, קיינ- 
מאָל ניט. ער האָט זיך נאָר פון טיש אָפּגעדרײט, מיט אן אָפּגעבױגענעם 
קאָפּ פון אים אָפּגעגאנגען, קעדיי אין יענעם ווינקל, װוּ ער האָט אינדער- 
פרי זײַן טאָרבע אָפּגעלײגט, זי איצט אופצוהייבן. 

ס'איז ניט פארשטענדלעך, פארװאָס האָט איצט סרולי ניט װי אלעמאָל 
זיך געפירט און געטאָן, פארװאָס האָט ער, װי ער קאָן און װי ער איז 
בעקויעך, זיך ניט באוויזן. מעגלעך דערפאר, װאָס דער איצטיקער פאל איו 
פאר אים אליין געווען אן איבעראשונג, מאכמעס ער האָט דערזען, אז אנ- 


1 ,צו מיר קער דאָס הויז?. 


180 





דערע קאָנען אויך דאָס זעלבע, װאָס ער, -- ביז דער לעצטער כוצפּע און 
פאר קיין זאך זיך ניט אָפּשטעלן. 

אָבער ניין. גיכער פון אלץ דערפאר ניט, װײַל ער האָט באמערקט, 
װי אין דער מינוט, װאָס ער האָט זיך פון טיש אָפּגעדרײט, האָט אויך 
לוזי, װאָס האָט די גאנצע צײַט זײַן אָרט לעבן אים געהאט, געטאָן דאָס 
זעלבע: אויך ער איז פון הינטערן טיש ארויס, און בייס ער, סרולי, האָט 
זיך אין זעלבן צימער נאָך דער טאָרבע זוכן זיך געלאָזט, איז לוזי שטיל, 
פון אלעמענס אויגן באלייט, גאָר אינגאנצן ארויס פון צימער... 

אלע זײַנען דעמלט זיכער געווען און געמיינט, אז דאָס האָט לוזי, 
מויכל זײַענדיק אף זײַן קאָװעד, די באליידיקונג אראָפּגעשלונגען, װײַל, 
זעענדיק זײַן ברודער אין גרויס קאס ניט צום אופהאלטן, און וויסנדיק, אז 
אויב מע װעט זיך אים קעגנשטעלן, קאָן דאָס נאָך צו ערגערס פירן, האָט 
ער געהאלטן פאר נייטיק אָפּצוטרעטן, פארשװײַגן, װי ס'פּאסט פאר אן 
עלטערן, ביפראט פאר אזא וי לוזי. דער גאנצער שטוב-אוילעם איז דערום 
אין יענע מינוטן אי װוי געליימט געבליבן, אי אויך מיט האָפענונג אין די 
אויגן, אז אָט באלד, באלד װעט דער שטורעם איבערגיין און דאָס אופ- 
געברויזטע וועט זיך צוריק אײַנלײגן. 

אָבער פּלוצעם, נאָך דעם, װי סרולי האָט א קליין שטיקל צײַט בא דער 
טאָרבע זיך געפּאָרעט, זי געשנורעוועט, זיך אופגעהויבן מיט איר, קעדיי 
מיט איר צו דער שװעל זיך לאָזן, -- אזוי האָבן אלע מיטאמאָל באמערקט, 
וי דורך דער טיר, דורך וועלכער לוזי איז נאָרװאָס פון עס-ישטוב ארויס, 
האָט ער זיך איצט וידעראמאָל באויזן, דאָס מאָל אין זײַן זומערדיקן 
מאנטל אָנגעטאָן, פארשפּיליעט און אף אוועקצוגיין. 

און אָט, װי נאָר סרולי האָט אים דערזען, אזוי האָט ער מיטאמאָל, וי 
קיינמאָל מאכט זיך אים ניט און קיינמאָל האָט קיינער זיך ניט געקאָנט 
בארימען בא אים דאָס צו זען, דאָס מויל געעפנט, װי אף עפּעס א מין 
לאך צו טאָן. דערבײַ האָבן אלע באמערקט, וי אין זײַן אייבערשטן ציינ- 
קאסטן פעלט אים א צאָן איבער א צאָן. ער האָט אזוי מיט די פאראנענע 
און מיט די פעלנדיקע ציין אין שטוב ארײַן געשטשירעט, שטיל און מיט 
דער גרעסטער שװײַגנדיקער נעקאָמע, און אז לוזי איז אונטערגעקומען און 
צו דער שװעל זיך דערנעענטערט אף ארויסצוגיין, האָט סרולי נאָך מער 
געשטשירעט, ער האָט אים דאָס אָרט אָפּגעטראָטן, אים פאָרויס גיין גע- 
לאָזט, און ער -- הינטער אים, װי דער קייליםיטרעגער און באדינער זײַ- 
נער. 

ער האָט מיט נאָך ווילדערער האנאָע דאן דערזען, װי גיטעלע האָט זיך 
מיטאמאָל פון איר מאן, פון מוישען, אָפּגעריסן, און צו דער שװעל פאר 
לוזין צו; אויך מוישעס טעכטער -- װײַל זיי האָבן דעם ערנסט פארשטא- 
נען, און אז לוזי גייט איצט אף קיין קאטאָװעס אװעק;: אויך אנדערע פון 
שטוב -- צו יענעם אָרט, און גיטעלע די ערשטע האָט מיטאמאָל א גע- 
שריי געטאָן: 

-- דו גייסט ניט אװועק, לוזי! דו טוסט אונדז דעם ביזאָיען ניט אִז 


181 


-- פּעטער! -- האָבן אויך די טעכטער אונטערגעהאלטן, און די הענט, 
וי אף אן אומגליק אָפּצוהאלטן, אויסגעשטרעקט. 

-- פעטער לוזי! -- האָט זיך פון אלע מיטאמאָל פון די אייגענע, פון 
גיטעלען, טעכטער, איידעמס געהערט.- 


ער, לוזי, אָבער, האָט א שטילער, אין גרויס אנטשלאָסנקײַט און גאָר- 
ניט זאָגנדיק, מיט א שװײַגנדיקער האנט-באוועגונג די ערשטע גיטעלען 
באזײַטיקט. זי צוערשט, דערנאָך אויך אלע אנדערע, װאָס האָבן אים אָפּ- 
געהאלטן און געזאָלט דעם וועג פארשטעלן, וי אָפּנעשארט, און אזוי -- 
ער פאָרויס, זיך ניט אומקוקנדיק, און סרולי הינטער אים, מיט אן אויסגע- 
דרייטן קאָפּ אין שטוב ארײַנלאכנדיק, זײַנען זיי ארויס, אוועק און פאר 
אלעמענס אויגן ניט געבליבן. 

ס'האָט שוין געמעגט זײַן גענוג פאר יענעם אָװנט! ס'האָבן נאָכדעם אלע 
בײַזײַענדיקע אין שטוב בא אָט דער טרעפעניש געמעגט פארשעמט בלײַבן 
אף עטלעכע מינוט, אָן לאָשן אין מויל, געפּלעפטע, איינער דעם אנדערן 
ניט צו זאָגן גאָרניט האָבן, און דערנאָך, ווייניט-איז און אף פארשיידענע 
אויפאנים זיך צעגיין. 

איז אָבער ניין: האָט אָבער געטראָפן, אז פּונקט דעמלט, ווען יענע 
ביידע, סרולי און לוזי, זײַנען פון שטוב ארויס, אזוי האָבן אלע, סײַ די 
בא דער טיר שטייענדיקע, סײַ אויך די, װאָס זײַנען די גאנצע צײַט באם 
טיש אף זייערע ערטער געבליבן, מיטאמאָל א פּארשוין זיך באװײַזן דער- 
זען -- א מוירעדיק בלאסן, װאָס זײַן בלאסקײַט האָט פון דער טונקעלער 
שײַן פון דער שװועל אזש אין שטוב צו די באם טיש זיך געפינענדיקע 
דערלאנגט; א מענטש, וי פון קייווער, האלב אָנגעטאָן און אָן א היטל... 
און איידער דער אוילעם האָט באוויזן פון דער ערשטער, נאָרװאָס פאָרגע- 
קומענער איבעראשונג זיך באפרײַען, אזוי האָט אים שוין די צווייטע גע- 
טראָפן: אלטער... 


ער איז, אפּאָנעם, שוין פון א לענגערער צײַט אין שטוב געשטאנען 
אלנפאלס, בא די לעצטע מינוטן פון געשעענעם אף דער שוועל, בייס לוזיס 
אוועקגיין, בײַגעװען. ער איז ארײַן א בלייכער, אן אויסגעצויגענער, װי א 
פארטראָגענער נאכט-וואנדלער, און פון זײַנע ליפּן האָט מען, בייס זײַן אָנקו- 
מען, געהערט, װי ער כאזערט איינע און די זעלבע װוערטער איבער: ,ער 
גייט אוועק... ער איז אוועקגעגאנגען"... און אז דער אוילעם, װאָס האָט, 
אים דערזעענדיק, אים דעם וועג אָפּגעטראָטן, און ער האָט זיך דורכגערוקט 
און אין שטוב ארײַן אריבער און ארויס פון אוילעם, אזוי האָט ער מיטא- 
מאָל איינע א האנט אופגעהויבן, װוי ער װאָלט װעלן אינדערלופטן א פליג 
כאפּן, דערבײַ האָט ער א שטילן, מאטן קװויטש געטאָן, װי א קליינע, 
קריכנדיקע כײַע, אז מע דערקוועטשט זי, זיך א קוליע געטאָן, און -- פּראך 
אף דער ערד, און מיט א שטארקן קלאפ אין פּאָל אנידער- 
געפאלן. 

ס'איז שוין ניט אין זינען געווען דער נאָרװאָס אוועקגעגאנגענער לוזי 
מיט סרולין, ניט אוואדע די נאָך ניט אוועקגעגאנגענע מאלקע-ריווע, מיט 


18 





אלעם דעם, װאָס איז אין שטוב פריִער מיט א שטיקל צײַט דאָ פאָרגעקו- 
מען -- ניט אין זינען. 

איצט איז א מענטש אף דער ערד געלעגן, און ארום אים, די ערשטע 
מינוטן פארלוירענע, א גאנץ רעדל אייגענע און פרעמדע, װאָס באלד, 
וי ס'האָט געטראָפן, האָט קיינער ניט געװוּסט, װאָס צו טאָן, צו װאָס 
זיך צו נעמען, און מע איז געבליבן װי אָן הענט און דערשטוינטע. 

האָט זיך אָבער דער ערשטער דעמלט א זײַטיקער, דער אונדז בא- 
קאנטער ליבערזאָן, געכאפּט: ער איז פון זײַן אָרט פון לעבן טיש צום רעדל 
צו, און איידער אייגענע האָבן זיך גערירט, די מײַלער געעפנט אף עפּעס 
א זאָג טאָן, אזוי האָט ער פאר אלעמען צו קאטערוכען זיך געװוענדט און 
א באפעל געטאָן אין נאָמען פון אלע: 

-- לויף, קאטערוכע, ברענג א דאָקטער. לויף צו יאנאָווסקין, זאָג, אן 
ס'איז אהער, צו אונדז, זאָל ער טייקעף און טאקע די מינוט קומען.. 

בא אלטערן איז דאָס א נײַס געװען ס'האָט דאָס ערשטע מאָל פון 
אזויפיל יאָרן קרענק אים הײַנט זיך דאָס געטראָפן. מעגלעך, אז דער 
הײַנטיקער טאָג, דער אויסטערלישער, די געשרייען, װאָס האָבן בא אים 
די העכסטע מאדרייגע דערגרייכט, און אין וועלכע ער האָט זיך הײַנט 
אליין איבערגעשטיגן, האָבן געבראכט דערצו: אױיסגעשעפּט און אין אָנ- 
מאכט אנידערגעפאלן. 

אָבער ניין. װער ס'האָט אן אויג געהאט, האָט געזען: ס'איז ניט קיין 
אַנמאכט, ס'איז ניט פון געשרייען אויסגעשעפּט, ס'איז א נײַס -- אלטער 
האָט געפּינעט, אלטערן האָט, װי פון א קוואל, געזעצט די שוים פון מויל, 
און דאָס איז שוין געווען א סימען פון אזוינס, װאָס ער האָט ביז אהער 
ניט געהאט, אף װאָס ער האָט ביז אהער ניט געליטן. א סימען אֹף דעם, 
װאָס יאנאָווסקי, דער אלטער דאָקטער, האָט, קומענדיק און אים בא- 
טראכטנדיק, נאָך לאנגע ארומריידונגען, טאקע באשטעטיקט:--א סימען 
אפן פאלנדיקן. 

-- אגעוו, -- האָט יאנאָווסקי, דער אלטער, מעיושעוודיקער דאָקטער, 
דערצו נאָך צוגעגעבן, -- קאָן דער איצטיקער פאל, די איצטיקע, אפן 
ערשטן קוק, פארערגערונג אין אלטערס לאגע, אויך דינען אלס קריזיס 
און איבערבראָך פון זײַן פריערדיקער שלאפקײַט, פון זײַן שוואכזיניקײַט, 
און ארויסרופן, פארקערט, א געוויסע אױסלײַטערונג און באפרײיונג פון זײַן 
זינען. יאָ, -- האָט ער געזאָגט, -- די מעדיצין ווייסט פון אזוינס און האָט 
בא זיך פארצייכנט אזוינע פאלן. 

מע האָט שוין אלטערן יענע נאכט אף זײַן אייבערשטיבל צוריק ניט 
ארופגעבראכט און אים געלאָזט אין שטוב אונטן, װײַל אויך נאָך דעם, 
װי ער האָט זיך פון פאל אופגעכאפּט, האָט מען געזען, אז ער האָט קיין 
קויעך ניט זיך אופצוהייבן, און אז די אויגן זײַנען כא אים צעמישט און 
צעבויטעט אזוי, אז זיי זעען אפילע ניט דאָס, װאָס אין זײַן געוויינלעכן 
צושטאנד איז אים צו זען און צו באנעמען יאָ געגעבן. 

מע האָט אים אין עסישטוב א בעט געבעט. ס'איז לאנג די גאנצע 
שטוב, פריַער מיטן דאָקטער יאנאָווסקי, און נאָך דעם, אז יענער איז 


183 


אוועקגעפאָרן, א שטיק אין שפּעטן באנאכט אָפּגעזעסן, שטיל און װוי אװויי- 
לים. 

ס'האָט אויך דאָס מאָל, װי אלעמאָל אין אויסגענומענע פאלן, ניט 
געפעלט אויך מייערל, װאָס האָט, שוין אין זײַן װײַטן צימער שלאָפנדיק, 
פּלוצעם דעם קלאפ פון אלטערס פאלן דערהערט און די אומגעוויינלעכע 
שטילקײַט, װאָס איז נאָך דעם פאל אין שטוב אף אייניקע מינוט געװאָרן 
דאָס האָט אים פון בעט אראָפּגעטראָגן, און א האלב-אויסגעטאָנענעם קימאט 
האָבן אים פּלוצעם די עלטערן פון שטוב אף איינער א טיר-שװועל, װאָס 
פירט אין עס-שטוב, שטיין דערזען. 


און אין יענער נאכט זײַנען אין אן אנדער שטוב, װײַט אין עק שטאָט, 
אזש אין דריטן רינג, ,אף די זאמדן"?, אין מיכל בוקיַערס אָרעמער אויסקו- 
מעניש, אין איינעם א צימער, בא א דרײַערילעמפּל, דרײַ מענטשן געזעסן 
און פארבראכט. דאָס זײַנען געווען לוזי, סרולי און אליין דער באלעבאָס, 
מיכל בוקיִער. 

מיר ווייסן ניט גענוי, װיאזוי דאָס איז פאָרגעקומען, נאָר אז לוזי מיט 
סרולין האָבן זיך, פון מוישעס שטוב ארויסגייענדיק, אפן גאס געטראָפן, 
און דערנאָך איבערן בריק, װאָס פירט פונעם אונטערשטן טייל שטאָט 
אינעם אייבעױשטן, געקומען, האָט סרולין, נאָך א קורצן געשפּרעך מיט 
לוזין (װאָס דעם אינהאלט זײַנעם גענוי ווייסן מיר ניט), איינעם א פור- 
מאן צוגערופן, אים די גאס, װוּהין ער און לוזי דארפן האָבן, אָנגערופן. 
און ביידע האָבן זיך אופגעזעצט, און נאָך לאנג פאָרן און דרייען זיך 
איבער פינצטערע, גריבערדיקע גאסן און געסלעך, זײַנען זיי, לעסאָף, 
אהין, װוּהין זי האָבן באדארפט, אָנגעקומען. 

בא מיכל בוקיער איז דאָס הויזגעזינד שוין געשלאָפן. סרולי האָט אָנ- 
געקלאפּט, און מיכל בוקיער האָט געעפנט. צוערשט האָט ער, צוליב די 
געסט, דאָס װײַב אופגעוועקט, און זי האָט דאָס סאמאָווארל געשטעלט -- 
דאָס בלעכענע מיטן מעשענעם קרענטל. און נאָך דעם, אז זי האָט אירס 
אָפּגעטאָן, האָט איר מיכל געהייסן גיין שלאָפן. און שפּעטער, וען דאָס 
וואסער אין קליינעם סאמאָווארל האָט זיך צום ערשטן מאָל אויסגענומען, 
האָט ער שוין אליין וואסער געגאָסן און קוילן געשיט, און אזוי עטלעכע 
מאָל, און אזוי בא שטיל-געמיטלעכע געשפּרעכן און בא אָרעמער טיי און 


וועטשערע זײַנען לוזי מיט סרולין שוין דאָרט אף דער גאנצער נאכט 
פארבליבן. 








זי 
ווידער סרולי 


אע שו מאָרגן אינדערפרי האָט זיך צו מאל- 
ששע. ט ן קע-ריווען אין שטוב געעפנט די טיר און 
)שש 0 - צאף דער שװעל איז געבליבן שטיין א 
{ +שז שי / ) פּארשוין, װאָס זי װאָלט זיך קיינמאָל 
ניט געריכט צו זען אונטער איר באליק, 
ט} דאָס איז געווען -- דער באװוּסטער 
; ,אף די זאמדן", און אויך אף גאנץ 
ש שטאָט, מאזשעװוע דער קאצעו-יונג. 
ץ מ'האָט אים גערופן מיט זייער ניט קיין 
= = ען שיינעם צונאָמען -- מאזשעווע די קוֹר.. 
777 { ער איז באװוּסט געװען און האָט זיך 
| אויסגעטיילט מיט זײַן אופירונג און מלי- 
סים אפילע צװוישן די זײַן-גלײַכן קייסאַ- 
רים-גאלאנטאָנעס, װי אן אויסנאם, 
ער פלעגט, מערסטנטייל זומער נאָך דער ארבעט און אין די פרײַע 
שאבעס- און יאָמטעװויטעג, פארברענגען אף די לעוואדעס באם באָדן זיך 
און באם אָפּטאָן אָפּט זייער ניט קיין שיינע זאכן, װאָס די שטאָט האָט 
מיט זיי דערנאָך געקלונגען און לאנג געהאט צו ריידן. 
קעסיידער נאָך דער ארבעט אױסגעפּוצט אף אן אויפן פון א קאצעווי 
יונג -- קורץ געקליידט, מיט שטארק גלאנצנדיקע שטיול, אן אויסגע- 
נייט העמד, און אין דער האנט -- א סימען אף העפקער און גאלאנטאָני- 
שער לײדיקגײיערישקײַט -- אן אָקסישער גיד. 
ער איז געווען שיין. פיל מיידלעך האָבן פון אים געליטן אין שטאָט, 
פיל, װאָס װוינען בא די ברעגעס פון די לעוואדעס -- אויך אויסערן 
שטאָט, און די, װאָס האָבן פון אים ניט געליטן, פלעגן זיך דאָך אף אים 
אזוי פארקוקן, גלײַך זיי װאָלטן פאָרויסגעפילט די ליידן.. דאָס איז גע- 
רעדט ניט נאָר פון דינסטמיידלעך און װײַבערשן געשלעכט פון פּראָסטן 
אוילעם, נאָר אויך אפילע באלעבאטישער גראד, יונגע װײַבלעך באלע- 





18 


דש 


באָסטעס פלעגן כאפּן אונטערװײַלעכס אן ענלעכן קוק אף אים, בעשאס 
אײַנקויפן פלייש בא זײַן באלעבאָס, בא מייער בלאס, בא וועמען ער האָט 
געדינט אלס קאצעוו-יונג, אלס העקער. 

א שטילע יונגע גװוּרע, װאָס איז זיכער אין זיך און אין איר קויעך 
אלץ צו באצווינגען, האָט ארויסגעקוקט פון זײַן ראָז מיט װײַס געמישט 
פּאָנעם, װאָס באשטענדיק געגאָלט, אָבער דאָך מיט ארױיסשפּראַצנדיקע 
שפּיצלדיקע הערעלעך, וי פון א צײַטיק געװאָרענעם, רײַפן, האלב-געלן, 
האלב-רויטן אגרעס. 

ער איז געשטאנען מערסטנטיַל בא דער קלאָץ. זײַן װיכטיקײַט אָבער 
פאר זײַן באלעבאָס, פארן באװוּסטן, פארמעגלעכן מייער בלאס, איז בא- 
שטאנען ניט נאָר אין זײַן אייגנטלעכער קאצאָווישער העקער-ארבעט, וי 
דעריקער אין דעם, װאָס ער האָט אים געדינט, װי א שטיק זיס, צו וועלכן 
די מערסטנטייל דינסטמיידן, און דעריקער פון רײַכע הײַזער, האָבן זיך צו 
אים געקלעפּט און געצויגן. ווען אנדערע קאצאָווים זײַנען געשטאנען ניט 
איבעריק באשעפטיקט בא זײיערע פלייש-שטעלן און קלעצער, איז ארום 
מאזשעווען געווען פול. מאזשעווע איז געווען מייער בלאס' שילד, װאָס 
האָט, פיל צוזאָגנדיק, צו אים גערופן, װי צום רײַכסטן, בא וועלכן יעדער 
הארץ קאָן געפינען זײַן באגער. מייער בלאס האָט דערוף פון טויזנט מא- 
זשעוועס זאכן אוועקגעקוקט, ניט מוירע געהאט פארן שלעכטן שעם, װאָס 
יענער װעט אים מאכן, אבי זײַן קלאָץ איז אים געדעקט און זײַן שעפע 
אים געזיכערט. 

און אָט, אָט דעם מאזשעווען האָט הײַנט מייער בלאס גאנצפרי פון דער 
ארבעט אָפּגעריסן, אים פון דער קלאָץ און שוין פון א פארזאמלט היפּש 
ביסל קוינים אוועקגענומען, א פײַנעם כיילעק פלייש -- אָנגעוויזן פון 
װאָס פאר אן אָרט און װאָס פאר א סאָרט ער זאָל נעמען -- אים מיט- 
געגעבן, װוּ די װוינונג -- געזאָגט און, װי א געוויינלעך שיק-ייַנגל, אים 
געהייסן אהין אװעקטראָגן. 

דאָס געשיקט זיך ניט. דאָס טוט מען אפילע מיט גרויסע נעגידים 
זעלטן; אהיים טראָגן טראָגט מען קיינעם, ניט אין געוויינלעכע טעג, און 
אפילע ניט אף קיין גרויסע סימכעס, ווען דער אײַנקויף איז א גרויסער, 
און ביפראט אזא קליינער, וי איצט, און ביפראט נאָך אין אזא שטוב, וי 
גאָר ערגעץ ,, אף די זאמדן?: 

ס'איז עפּעס געוויס געשען -- ניט פאר קיין קאצעווס קאָפּ, און בי- 
פראט פאר מאזשעוועס, דאָס צו באנעמען. באזונדערס נאָך, ווען ער האָט 
זיך אין יענער שטוב, צו מאלקע-ריווען, ארײַנגעשטעלט און דערזען 
קאפּצן, דערצו נאָך קראנקער קאפּצן, אין בעט, קינדערלעך לעבן בעט, א 
װײַב אין שטוב פּאָרעט זיך, און מע זעט, זי האָט ניט בא װאָס, אן איי 
בעריקע מאמע שטייט און טוט שוין גאָר גאָרניט, -- האָט ער זיך אוואדע 
פארכידעשט. 

ניט קיין קלענערער כידעש אָבער איז אויך צו זען געװען אף די 
פּענעמער פון די שטוב-לײַט, ווען מאזשעװוע איז, נאָך דער ערשטער 
מינוט פארלױרנקײַט, פון דער שװעל טיפער אין שטוב ארײַנגעקומען 


186 


און דעם ערשטן שטוב-מענטש, זיסיעס װײַב, װאָס איז צו אים געשטאנען 
נאָענט, האָט ער דעם כיילעק פלייש דערלאנגט און א זאָג געטאָן: 

-- ס'איז פון מײַן באלעבאָס, מייער בלאס... דאָס איז אײַך אף הײַנט. 
ער האָט געהייסן זאָגן, אז מאָרגן זאָלט איר צו דער שטעל צושיקן... ס'איז 
שוין באצאָלט... -- האָט ער באלד װײַטער געזאָגט, ווען ער האָט געזען, װי 
זיסיעס װײַב איז מיט א פארװונדערטן בליק אנטקעגן אים און אנטקעגן 
זיסיעס מאמע געשטאנען, זיך מיט ביידע װי איבערגעקוקט פון כידעש. 

-- אונדז? -- האָט זי איבערגעפרעגט און האָט דעם דערלאנגטן אײַנ- 
געװיקלטן פלייש-כיילעק, אין די הענט שוין האלטנדיק, באטראכט. 

-- יאָ, אײַך, פון מײַן באלעבאָס מייער בלאס, װאָס ער האָט אײַך גע- 
שיקט אף הײַנט, און אף מאָרגן, האָט ער געזאָגט, איר זאָלט צו דער 
שטעל צושיקן. געלט איז שוין באצאָלט.. -- האָט ער נאָכאמאָל דאָס 
זעלבע איבערגעכאזערט, װײַל מער קיין ווערטער האָבן אים ניט געקלעקט 
און מער האָט ער אויך ניט געהאט װאָס צו זאָגן. 

אז מאזשעווע איז ארויס, האָבן זיך אלע אין שטוב איבערגעקוקט, 
אויך דער כוילע, און אויך אפילע די קינדער אין שטוב, װאָס האָבן זעלטן 
אזא זאך געזען בא זיך, װי מע זאָל גאָר פון שפּײַז און פון עס-זאכן 
אהיים ברענגען. קינדער האָבן ניט פארשטאנען, עלטערע אָבער האָבן זיך 
געשטויסן און געוויס זיכער געווען, פונוואנען אזא זאך קאָן שטאמען: אז 
געוויס האָבן יענע, װאָס האָבן זיך א ביסל געפילט שולדיק, פארלאָפן דעם 
וועג זייער שולד, און ראכמאָנעס און מענטשלעכקײַט האָט זיך אין זי 
צערעדט. 

זיײי האָבן צוגענומען די גאָב אין שטילשװײַגן.. איינער פון דעם 
אנדערן האָט די בליקן אָפּגעקערעװעט, און נאָר זיסיע דעם קראנקנס 
װײַב, אלס א װײַב פון א קראנקן, האָט, װי ס'זאָל קיין ביזאָיען ניט זײַן, 
אַבער, דעם עמעס געזאָגט, דאָך א האלב צופרידענע מיטן געבראכטן 
אין נאָענטן קיכל זיך געװאָלט ארײַנלאָזן, קעדיי, מײַסע באלעבאָסטע, 
פאר דעם זיך צו נעמען און פאר דער שטוב, באזונדערס פארן כוילע, 
עפּעס צוצוגרייטן, 

זי האָט זיך שוין געװאָלט אויסדרייען אף אװעקגיין, האָט זיך אָבער 
באלד נאָך דעם, װי מאזשעווע איז פון שטוב ארויס, זיך נאַכאמאָל די 
טיר געעפנט, און אין שטוב האָט זיך נאָך איינער א מענטש, אן אומגע- 
ריכטער, באוויזן. 

דאָס איז געווען א פארמעגלעכער באקאליי-קרעמער פון יענעם שטאָט- 
טייל, װוּ מאלקע-ריווע האָט געװווינט. איינער א לייבעש, װאָס בא אים 
האָט מען שוין געקאָנט זען סכוירע אין זעק און אין פעסער, ניט וי אין 
די געוויינלעכע קלייטלעך פון יענע גאסן, װאָס די גאנצע וװוערט זייערע 
איז א גראָשן, און די גאנצע, מישטיינסגעזאָגט, ,,סכוירע? זייערע פלעגט 
זיך געפינען ניט מער װי אין עטלעכע האלב-ליידיקע פּאפּירענע בײַטלען 
און שקארמיצן. ניין, בא אים, בא לייבעשן, שוין אנדערש. 

ער האָט שוין אפילע, ניט װי דער שטייגער אין יענעם שטאָט-טײל, 
אויך א מעשאָרעסל געהאלטן --א סימען אף געוויסן קרעמערשן וויל- 


187 


שטאנד און גרעסערער צאָל קוינים, ווען דאָס אייגענע װײַב און קינדער 
זײַנען שוין צו װײיניק און ניט אימשטאנד זיך צו אופּאָרען און דעם 
קלייטיהאנדל צו באדינען. מיט איינעם װאָרט, שוין א שטיק הורט-האנדל, 
װועדליק פאר יענעם טייל שטאָט. 

איז אָט, האָט דער לייבעש זיך איצט צו מאלקע-ריווען אין שטוב 
ארײַנגעשטעלט, ניט אליין, נאָר מיט א קוישל פול שקארמיצן, און שוין 
אינװייניק, אין שטוב זײַענדיק, האָט ער א פרעג געטאָן, צי דאָ ווינט 
זי טאקע, מאלקע-ריווע. 

-- יאָ, -- האָבן אים, װי ניט מיט די מײַלער, נאָר מיט די אויגן אלע 
אייגענע אין שטוב מיטאמאָל געענטפערט. 

דאָס איז געווען שוין די צווייטע איבעראשונג פאר הײַנטיקן פרי- 
מאָרגן,. מע האָט געזען, אז ס'איז װידער עפּעס פאר זײי, װוידער עפּעס 
א גאָב, נאָר פון גרויס װוּנדער האָט מען דערװײַל געשוויגן און אף דעם 
ברענגער געווארט. 

-- גוט-מאָרגן, -- האָט זיך לייבעש געװענדט צו מאלקע-ריוען, וי 
צו דער עלטערער אין שטוב, און װי צו דער, װאָס מע זעט, אז זי איז 
,דער קאָפּי, די אָנפירערן און מער באלעבאָסטע פון דער באלעבאָסטע 
אליין. 

-- א גוטימאָרגן, -- האָט ער אפן קוישל אָנגעװיזן און אף די פולע 
שקארמיצן, -- ס'איז צו אײַך... טאקע פון מיר, פון מײַן קלייט.. כאָטש 
איר קויפט בא מיר ניט, דאָך קענט איר מיך מיסטאם: אלע קענען מיך: 
,לייבעש? איז, באָרעכהאשעם, א נאָמען. 

,לייבעש בורבעלע? האָט מען אים גערופן, װײַל פון שטענדיק פאר- 
טראָגן זײַן, פון אומלויפן, פון טומל פלעגט ער רידן גיך, א ביסל 
אומפארשטענדלעך, קײינמאָל קיינעם אין די אויגן ניט געקוקט בעשאס 
ריידן, נאָר עפּעס אין א זײַט. ער האָט אויך, מערסטנטייל, ניט איבעריק 
ליב געהאט צו ריידן, אָבער איצט, אז ער, לייבעש, װאָס איז , באָרעכהא- 
שעם, א נאָמען", װאָס אלע אין גאס און אין יענעם שטאָטיטײל קענען 
אים, אפילע אויך די, װאָס קויפן אליין ניט בא אים,--איצט, אֹז ער, 
לייבעש, האָט זיך גאנצפרי גאָר אליין מאטריַעך געווען, און ניט געקוקט 
דערוף, װאָס בא אים איז א שטיק הורט-האנדל, װאָס װײַב און קינדער 
קאָנען זיך שוין מיט די קוינים ניט אופּאָרען, און ער האלט שוין, אויסער 
זיי, אויך א מעשאָרעסל צו באדינען, --איצט, אז ער האָט זיך גאָר אליין 
מיט א קוישל קראָם ארײַנגעשטעלט, אליין אהיים אָפּגעטראָגן, מײַסע 
אליין-מעשאָרעסל, האָט ער דאָס געװאָלט פארענטפערן און מיט בורבלענ- 
דיק לאָשן פאר די פארכידעשטע שטוב-לײַט דאָס קלאָר צו מאכן. 

-- ס'איז טאקע פון מײַן קלייט, פון מײַן סכוירע און מײַן קוישל.. 
זײַט אזוי גוט און נעמט ארויס פונעם קוישל.. קיין געלט מאָן איך ניט, 
קיין געלט דארף איך ניט, נאָר א צעטעלע, אז איר האָט דאָס אלץ בא- 
קומען. און אף װײַטער קאָנט איר אליין קומען, איר קאָנט צושיקן מיט 
א קינד. ווען איר װעט דארפן. קיין געלט דארף מען ניט. נאָר א צע- 
טעלע צושיקן. גענוג נאָר א צעטעלע... 


188 


...עי 





בא לייבעשן אין קוישל איז טאקע געווען פון אלעם דעם, אין װאָס 
א שטוב נייטיקט זיך: באקאליי פון אלע מינים --טיי, צוקער, רײַז און 
אנדערע. ס'האָט א ביסל דערום געדויערט, ביז מע האָט דאָס אויסגע- 
ליידיקט. ס'האָט געדויערט דערפאר, װײַל, ערשטנס, איז טאקע, װי גע- 
זאָגט, געװוען װאָס אויסצוליידיקן; צווייטנס, דערפאר, װײַל בא זיסיעס 
פרוי, װאָס האָט זיך איבער דעם אָנגעבויגן און געװאָלט פון דאָרט די 
אלע בײַטלען, שקארמיצן ארויסנעמען, האָבן בעשאס-מײַסע, דאכט זיך, 
די הענט געציטערט. ניין, נישט , דאכט זיך", נאָר מע מעג זאָגן ,זיכער". 
װײַל אליין אפילע באם כוילע, בא זיסיען, װאָס ער איז די גאנצע צײַט 
געלעגן שװײַגנדיק און האָט צוגעקוקט, װאָס אין שטוב קומט פאָר, פריִער 
מיט מאזשעווען און איצט מיט לייבעשן,--אפילע אף זיסיעס פּאָנעם, 
װאָס איז פון נעכטן אָן געװען געל, און די האָר אפן פּאָנעם זײַנען 
מיטאמאָל שטארק שטעכיק אויסגעוואקסן, אפילע אף זײַן פּאָנעם, מעג מען 
שװוערן, האָט זיך פארב באוויזן.. בא אים פארב, און בא די קינדער, 
װאָס האָבן דעם פרעמדן און דאָס געבראכטע ארומגערינגלט--א מין 
פרייד און כידעש, --מער כידעש, וי פרייד, װײַל זיי זײַנען צו אזוינס 
ניט געוווינט געווען, און זיי האָבן די גאנצע צײַט אף די עלטערן געקוקט, 
וי זיך אָנפרעגנדיק, צי מעג מען קוקן.. און אויך אפילע מאלקע-ריווע, 
װאָס איז, וי שוין באװוּסט, א גאנץ שטארקע געווען, האָט די גאנצע צײַט 
פון זינט לייבעשעס ארײַנקומען, פון זינט זײַן אָנהײבן איבערגעבן דאָס, 
װאָס ער האָט מיטגעבראכט, ביז די שנור האָט אלץ פון זײַן אָנגעפּאקטן 
קוישל ארויסגענומען, -- אויך מאלקע-ריווע איז די גאנצע צײַט געשטא- 
נען אָן װוערטער... צי זי האָט געטראכט, פונוואנען גייט עס איר, קומט 
עס איר אָט דאָס גוטס, צי זי איזן זיכער געװוען פונוואנען--אזוי צי 
אזוי, אָבער אוואדע האָט זיך איר דאָס הארץ דערווארעמט, ניט אזוי פון 
דעם געבראכטן, װי דעריקער דערפון, װאָס מ'האָט אין איר און איר שטוב 
ניט פארגעסן. זי האָט קיין ווערטער ניט געהאט, זי האָט נאָר א שטומען 
בליק געכאפּט אפן בעט, אפן כוילע, און שטומערהייט זיך מיט אים וי 
- איבערגעקוקט, און פון גרויס איבערפולטקײַט און פון װעלן דאָס ארויס- 
ברענגען און כאָטש װאָסיניט-איז צו טאָן, --האָט זי די קינדער, װאָס 
האָבן ארומגערינגלט דעם פרעמדן מענטשן, פון צו קוקן דערװײַטערט, 
זי אָפּנערוקט, און אין א זײַט זיי געהייסן אָפּגײן. 

-- איז געדענקט זשע, נאָר א צעטעלע, --האָט לייבעש געזאָגט, ווען 
דאָס קוישל איז שוין געווען אױיסגעליײידיקט, --איר קאָנט אליין קומען, 
אָדער צושׂיקן מיט א קינד... קיין געלט דארפט איר ניט, ס'שוין באצאָלט... 

אז לייבעש איז ארויס, איז פאָרגעקומען, װי ס'קומט פאָר אמאָל נאָר 
אין א מײַסע: 

איידער נאָך זיסיעס װײַב האָט באוויזן דאָס געבראכטע פון לייבעשן 
אָפּצוטראָגן אפן געהעריקן אָרט, דאָס צעלייגן, צעשטעלן, װי ס'געהער צו 
זײַן; איידער נאָך די שטוב-מענטשן האָבן געזאָלט װי א שטילן ייִשעװו 
כאפּן, צי זאָל מען יאָ אָדער ניט וועגן דעם פאָרגעקומענעם איינער דעם 
אנדערן זיך א װאָרט צו זאָגן (און גיכער װי אלץ, װאָלט דער ייַשעװו 


189 


געווען אף ניין, װי אף יאָ, װײַל אזוי איז שוין געווען דער שטײײגער 
געשטעלט פון מאלקע-ריווען: פון איר בלוט האָט דאָך זיסיע היפּש גע- 
יארשנט, און א שטיק איר כאראקטער האָט זיך אויך איִם איבערגעגעבן); 
איידער מע האָט באויזן כאָטש וייס'ניט-איז זיך אָפּצודרײען פון די 
ערטער, װאָס יעדערער האָט פארנומען, בעשאס לייבעשעס אוועקגיין, -- 
אזוי האָבן צוערשט דערהערט די קינדער, דערנאָך אויך די עלטערע אלע, 
וי אין דרויסן, צי פאר דער שטוב, איז עפּעס א פאעטאָן צוגעפאָרן 

מ'האָט אים דערקענט אין די גוט געשמידטע רעדער און אין דעם 
סאָלידן, אויך אײַליקן אונטערפאָרן צו דער שטוב, װאָס בא א געוויינלעכער 
פּאַשעט פּויערישער פור אָדער טיליגע הערט מען ניט אזוינס. מ'האָט אים 
באזונדערס דערקענט דערפאר, װײַל א פּאעטאָן אף יענע גאסן איז ניט 
קיין אָפּטער גאסט געוען, און פאעטאָנישע רעדער אף קאפּצאָנישער 
ערד -- א שטיק זעלטנהײַט און יאָמטעוו. 


ס'איז צוגעפאָרן א דאַָקטער, דער דאָקטער בױימהאָלץ. דער, װאָס האָט 
זיך זײַן אייגענעם פאעטאָן, און װאָס אויסער פארן ויזיט, מאָנט ער 
שטענדיק בא די שטוב-לײַט פון די פּאציִענטן אויך פאר זײַן פאעטאָן 
באצאָלטס, גלײַך װי פאר א פרעמדן, פאר א געדונגענעם. 

א גרויסער בארײַסער, א זשעברון, װאָס די שטאָט האָט אים שוין גוט 
געקענט און ניט איבעריק ליב געהאט, נאָר װײַל אלט און פיל דערפארן, 
האָט מען אים גענוצט מער, װי אלע אנדערע, און זײַן דאָקטער-פּראקטיק 
די גרעסטע. 


ער פלעגט ארויספאָרן אינדערפרי דער ערשטער, אומקערן אהיים 
פלעגט ער זיך שפּעט, דער לעצטער, און ווען ער האָט אפילע ניט געהאט 
װוּהין צו פאָרן, פלעגט ער דאָך פאָרן, קעדיי מע זאָל זען, אז ער פאָרט, 
אז שטאָט נייטיקט זיך און קאָן זיך אָן אים ניט באגיין. 

אָרעמעלײַט האָבן זיך צו אים ניט געקאָנט דערשלאָגן, װײַל א יאק- 
רען, און פון דעם, אז ער זאָל זיי אין דער היים באזוכן -- איז שוין אָפּ- 
גערעדט. ער איז געווען הויך, לאנג, און פאר א קאפּצאָנישער טיר װאָלט 
ער זיך באדארפט אײַנבײגן אינדרײַען. דערצו האָט ער געהונקען אף 
איינעם א פוס: עפּעס האָט ער אים מעשונע נאָכגעשלעפּט, װי אן איבע- 
ריקן, און דערפאר, אפּאָנעם, אויך שטענדיק בייז, און צו קאפּצאָנים האָט 
ער באזונדערס דעם קאס אױסגעלאָזט, קיין גלײַך װאָרט ניט אויסגערעדט 
און זיך קיינמאָל ניט געלאָזט איבערפרעגן. 

-- דער דאָקטער האָט שוין איין מאָל געזאָגט, -- פלעגט ער זאָגן און 
זיך בייזערן, ווען מע האָט עפּעס פארגעסן, און ער האָט באדארפט נאָכא- 
מאָל איבערכאזערן. 


וען די קינדער, וי אויך די עלטערע אין שטוב, האָבן דערהערט 
צופאָרן דעם פאעטאָן און זײַנען צוגעגאן צום פענצטער, האָבן זיי דער- 
זען, װי בוימהאָלץ איזן גלײַך לעבן זײיער ארײַנגאנג-טיר פון פאעטאָן 
אראָפּ, און ניט פרעגנדיק בא קיינעם, נאָר טרעפנדיק מיט זײַן געניטן 
דאָקטער-כוש די ווינונג פון כוילע, האָט ער זיך צו דער שװעל געלאָזט. 


125 190 


ער האָט זיך דאָס מאָל, װי אלעמאָל, ווען ס'טרעפט אים, אז ער בא- 
זוכט אן אָרעמאן זעלטן, -- צוקומענדיק פאר דער טיר, זיך גוט אײַנגע- 
בויגן. און ווען ער איז די שװעל אריבער, האָט ער לאנג ניט באדארפט 
זוכן און איבעריקס ניט פרעגן אפן כוילע: ער האָט אים גלײַך דערזען 
אפן בעט ליגן, און נאָר אף זײַן פּאָנעם קוקנדיק, האָט ער שוין קיין טאָעס 
ניט געקאָנט האָבן, ניט צווייפלען: ס'איז ער. און בױימהאָלץ איז גלײַך 
צום בעט צוגעגאנגען. 

מע איז, נאטירלעך, באלד, אײַלנדיק, מיט א ריין בענקל אים אנט- 
קעגן געלאָפן. ער האָט זיך שװער, װי לאנג ער איז געוען, אף דעם 
אראָפּנעלאָזט און דעם קרומען פוס, וי-ניט-איז, אײַנגעמאָסטעט, און 
באלד האָט ער גענומען אויספרעגן, װאָס געשען, װאָס געטראָפן, פון ווען 
אָן קראנק, פון װאָס פאר א טאָג זיך אין בעט ארײַנגעלײגט, װי פילט 
ער זיך, דער כוילע, װאָס טוט אים ויי און אף װאָס קלאָגט ער זיך. 

װוּנדערלעך! בוימהאָלץ דער דאַקטער האָט דאָס מאָל, עפּעס ניט וי 
זײַן שטייגער מיט אָרעמעלײַט, אין צו א לאנגן פאָרויסיקן שמועס זיך 
ארײַנגעלאָזט. ער האָט פארן באטראכטן דעם כוילע, װי בא די נעגידים 
קימאט, א ביסל צײַט זיך גענומען, קעדיי בא די אייגענע אין שטוב וועגן 
געוויסע פּראָטים, װאָס געהערט דער קרענק און דעם קראנקן, זיך נאָכ- 
צופרעגן; און ביכלאל האָט מען געזען, אז בוימהאָלץ אײַלט זיך עפּעס 
ניט דאָס מאָל, וי ער איז געװווינט --באלד צו באטראכטן, אָפּזאָגן און צו 
פארשרײיבן, װאָס ער דארף, אָפּבײיזערן זיך א ביסל, און באלד, אײַלנדיק, 
ניט לאָזנדיק זיך ריידן, דאָס דאָקטער-יגעצאָלטס באקומען און אָן א זײַ- 
געזונט קימאט ארויס. ניין. דאָס מאָל האָט ער עפּעס צײַט געהאט. 

נאָך מער: נאָך דעם, װי ער האָט אלץ בא די שטוביקע גענוי אויסגע- 
פרעגט און ער האָט שוין באדארפט זיך אָנבייגן צום בעט, דעם כוילע צו 
באטראכטן, האָט ער דאָס מאָל ניט געטאָן, װי ער טוט געויינלעך מיט 
געוויינלעך װײיניק כאַשעװע כאלאָיִם, װאָס ער הייסט זיך זיי אופזעצן 
אָדער אויב זיי קענען ניט אליין, בעט ער א שטוב-מענטשן, ער זאָל דאָס 
טאָן -- אים אונטערשפּארן, אונטערהאלטן, צוהאלטן דעם כוילע, און ער 
טוט אים א זיצנדיקן באטראכטן, װײַל אים איז, איבער זײַן קרומען פוס, 
אומבאקוועם און שווער געווען זיך איבערצובייגן. ניין. דאָס מאָל האָט ער 
ניט אזוי געטאָן, נאָר װי לאנג ער איז געװען, װי גרויס, און װוי שווער 
און װי אומבאקוועם אים, האָט ער זיך דאָך אינגאנצן איבערן כוילע 
אויסגעבויגן, דערבײַ האָט ער דעם קרומען פוס אויסגעשטרעקט, װי א 
האָן, װען ער צעשפּרײַזט אמאַל א פוס מיט א פליגל צו א מין 
געגעכץ. 

ער האָט זיך געמיט, געסאָפּעט אין זײַן קרום-איבערגעבויגענער לאגע; 
אָבער דערפאר האָט ער דעם כוילע, זיסיען. גוט אויסגעהערט --דאָס 
הארץ, די לונגען, דורכויס אויסגעקלאפּט, אים אפן לײַב באטראכט, און 
אופהייבנדיק זיך פון באטראכטן, האָט מען געזען אף זײַן פּאָנעם, אז ער 
ווייסט שוין אלץ, װאָס אים איז, װאָס אים פעלט, זײַן קרענק גענוי, און 
װאָס צו זײַן געזונט און זײַן גענעזונג אים צו ראטן.. 


11 


ער האָט, א שטארק צוגעלאָזטער, דאָס מאָל נאָכן באטראכטן, נאָכא- 
מאָל א קוק געטאָן אף אים, און מע מעג שװוערן, װי עפּעס גאָרניט מיט 
קיין גלײַכגילטיקן, געוויינלעך-גלאטן דאָקטער-קוק. 

ער האָט דערנאָך מיט זײַן זינגענדיק-הייזעריקלעכער שטים, װי א 
באָבע א הײילערן, א שפּרעכערן, אָנגעהויבן מיט זײַן געוויסן נוסעך, װי 
ער הייבט קעסיידער אָן אין דער דריטער פּערזאָן: ,דער דאָקטער זאָגט?.. 
און ער האָט גענומען דערבײַ די היימישע, אייגענע אין די אויגן צו קוקן, 
װי אליין א שטארק פארינטערעסירטער, זיי צו לערנען און אָנװײַזונגען 
צו געבן, ויאזוי מיטן קראנקן זיך צו באגיין, ויַאזוי אים צו דערנערן, 


וי אים דעם רעצעפּט אײַנצוגעבן, אאוו. דערבײַ האָט ער ניט געזשאלע- : 


װעט און דאָס מאָל ניט געווארט, מע זאָל אים איבערפרעגן, נאָר ער 
אליין האָט נאָכאמאָל און נאָכאמאָל דאָס אָנגעזאָגטע איבערגעכאזערט, 
ניט מיד געװאָרן און זיך ניט געבייזערט. 

מאלקע-ריווע, דערזעענדיק דעם דאַָקטער און וויסנדיק, אז קיין געלט 
אין שטוב איז ניטאָ, האָט באלד דער שנור מיט די אויגן א װוּנק געגעבן, 
זי זאָל ארויס צו שכיינים און אפגיך, ביז יענער װעט דעם קראנקן אָפּי 
באטראכטן, אומבאדינגט ערגעץ-וווּ אנטלײַען. יענע איז איצט מיטן קוים- 
מיט-צאָרעס געקראָגענעם און געליענעם ארײַן, און דער שוויגער דאָס אין 
דער שטיל אָפּגעשטעקט, יענע זאָל אים, בעשאס זי װעט אים פון שטוב 
ארויסבאלייטן, פארן וויזיט באצאָלן. 

ס'איז אָבער, װי דער גאנצער איצטיקער אומגעריכטער באזוך דעם 
דאָקטערס, אויך בייסן באלוינען אים געשען אומגעריכטס: ווען מאלקע- 
ריווע האָט אים, צו דער שװועל באלייטנדיק, די געליַענע מאטבייעס אין 
דער האנט געװאָלט ארײַנרוקן, האָט ער, בױימהאָלץ, איר האנט צוריק- 
גערוקט: 

-- מע דארף ניט, -- האָט ער געזאָגט, -- ס'שוין באצאָלט. אויך פארן 
פאעטאָן, -- האָט ער צוגעגעבן, --און אויב מע װעט דארפן --האָט ער 
װײַטער א זאָג געטאָן, -- װועט דער דאָקטער נאָכאמאָל פארפאָרן. ער װעט 
אליין קומען. מע װעט אים פארשפּאָרן רופן. ער ווייסט שוין, ווען.. 

מאלקע-ריווע איז מיטן געלט אין די הענט שטיין געבליבן װי גע- 
פּלעפט. געפּלעפט אויך די שנור, װאָס ס'איז איר אזוי שוװוער אָנגעקומען 
דאָס צו אנטלײַען. און א מין גרויסער , גאָט צו דאנקען" איר אף די ליפּן, 
ניט אראָפּצוברענגען. אויך אליין דער כוילע, װאָס האָט נאָך ניט באוויזן 
זיך צו באפרײַען פונעם פריַער פאָרגעקומענעם, אוביפראט פון דעם 
לעצטן, פונעם אראָפּקומען פונעם דאָקטער ניט גערופענערהייט, און, בא- 
זונדערס זײַן ניט װעלן קיין געלט נעמען, דערצו נאָך, װאָס ער האָט זיך 
אזוי אומגעוויינלעך גוט באצויגן און זײַן פארשפּרעכן ווידעראמאָל ניט 
גערופענערהייט צו קומען --אויך זיסיע, אפן בעט ליגנדיק, געפּלעפט, 
און פון ניט האָבן װאָס צו זאָגן, האָט ער אפילע פון דער מוטער, פון 
מאלקע-ריווען, דעם בליק אָפּגעקערעװעט. 

אף דער שטוב איז נאָכן אוועקגיין פון דאָקטער דאָך עפּעס א שטיק 
דערלײַכטערונג געקומען. ניט געקוקט אפן כוילע, ניט געקוקט דערוף, 


12--9 199 





װאָס ס'האָט זיך פון נעכטן אָן אף דער שטוב אזא שװערקײַט אָנגערוקט, 
איז אָבער, אדאנק דער אופמערקזאמקײַט און דער פארבאָרגענער האנט, 
װאָס האָט זיך פון ערגעץ צו דער שטוב מיט פארשיידענע גאָבן גע- 
שטרעקט, פאָרט איצט גרינגער געווען. און דאָס האָט זיך געפילט, צום 
אלעם ערשט, אף דער שנור, װאָס גלײַך, װוי נאָר דער דאָקטער איז אוועק, 
זײַנען אירע הענט פול געװאָרן מיט מעלאָכע: פאר אלעמען, צוצוראמען 
אין שטוב, דערנאָך אין קיכל אװעק און זיך נעמען מיט פארשיידענע 
צוגרייטונגען צו פּאָרען, און טאקע האָבן ארום װאָס זיך צו פּאָרען. 

ס'האָט זיך אויך געפילט אין די קינדער, װאָס ניט ויסנדיק, װאָס 
אין שטוב קומט פאָר, אָבער זעענדיק, װוי פרעמדע מענטשן קומען באזוכן 
הײַנט זייער שטוב, און קיינער ניט מיט ליײידיקן, זײַנען זיי, װוי זייער 
פּאָטערס קרענק דאנקבאר געווען, זײַן אין בעט ליגן, װאָס דאָס, האָבן 
זיי פארשטאנען, איז געווען די סיבע פון אָט די אלע ניט געויינלעכע 
באזוכן. 

זיסיע אליין האָט געשוויגן, אָבער אויך אין זײַנע אויגן עפּעס א מין 
דערלײַכטערונג, דערפאר, װאָס צו דער מאסע, װאָס ער איז געפאלן אף 
דער שטוב, האָט עמעצער איצט װי אן אקסל אונטערגעשטעלט.. און 
מאלקע-ריווע, אף אים קוקנדיק, האָט, װי איר שטייגער אלע טאָג, פון 
ניט האָבן װאָס צו טאָן און פון װײיניק אין שטוב-זאכן זיך מישן, שפּעטער 
א ביסל צו איר סידער זיך גענומען, זיך בא א זײַט בא א פענצטער 
אוועקגעזעצט, א ביסל פריַער מאנצבילש דורך די ברילן ארויסגעקוקט, 
און דערנאָך גענומען זאָגן. 

איידער אָבער זי האָט געזאָלט, װי ס'וואָלט נאטירלעך געווען אין איר 
איצטיקער לאגע, נעמען איר זון אפן זינען, האָט זי פאר אלעמען געװאָלט 
אָפּנעבן א דאנק יענער האנט מיט יענער גאָב, װאָס האָט זיך צו איר 
אזוי לײַטזעליק געשטרעקט. זי איז, ניט געקוקט אף איר שטארקײַט, דאָך 
דאָס מאָל וי פון געבראָכענער דאנקבארקײַט פול געווען צו יענע מענטשן, 
וועלכע זײַנען אזוי װײַט פון איר, אזוי אָפּגעזונדערט, און זייער לאגע 
פון אירער, וי מיזרעך פון מײַרעו, און אָט די װײַטקײַט און אָפּגע- 
זונדערטקײַט װאָלט זי באדארפט מאכן איר לאגע לײַכט צו פארגעסן, 
און דאָך האָבן זי זי געדענקט. און נאָך װי געדענקט! שוין דעם ערשטן 
טאָג. און וויאזוי? -- אזוי פײַן, אף אזא פײַנעם אויפן--אלץ, אין װאָס 
א שטוב נײיטיקט זיך, אין זינען געהאט --מיט שפּײַן, מיט שטיצע, מיט 
א דאָקטער, מיט אלץ, --איז דאָך אוואדע דער ערשטער לויב און דאנק 
אין סידער קומט זיי, װאָס פריַער גאָט, דערנאָך זיי... אוואדע קומט דאָך 
דאָס ערשטע װאָרט פון אירע ליפּן ארויסצוברענגען פאר די, פאר יענע, 
װאָס זײַנען אזוי װײַט, אזוי אָפּגעזונדערט פון צו פארשטיין און ארײַנ- 
דרינגען אין איר לאגע, און דאָך האָבן זי זי יאָ פארשטאנען, און אזוי 
פּײַן צום הארצן גענומען. 

-- ווער? 

-- זי -- מוישע מאשבערס הויז;: ער, מוישע מאשבער אלין, דער 
באלעבאָס און דער קאָרעוו פון איר מאן און פון אירע קינדער אין אלע 





193 


צײַטן, און באזונדערס איצט, אין אזא צאָרע-צײַט. אין דאָך אוואדע זי 
דער ערשטער דאנק און לויב אין סידער.. אוואדע!. 

נאָר -- זי האָט אָבער, װי מירן באלד גלײַך זען, א קליינעם טאָעס 
געהאט, מאלקע-ריווע... 

-- װאָס הייסט? 

-- אָט װאָס; 


וװער ס'װואָלט סרולין יענעם פרימאָרגן, נאָך דער נאכט איבערנעכ- 
טיקן מיט לוזין בא מיכל בוקיער, געזען אפן גאס, װאָלט באמערקט, אז 
קיינמאָל האָט ער ניט אויסגעזען אזוי צעדרייט, קיינמאָל האָט אים קיינער 
ניט געזען אזוי אײַלן, אומלויפן און אזוי פארפּאליעט זײַן, װי אין 
יענעם פרימאָרגן. גלײַך א מענטש, װאָס די געשעפטן זײַנען אים באפאלן, 
די הויט ברענט אף אים, און ער מוז א סאך דערליידיקן פאר א גאָר קורץ 
שטיקל צײַט. ער האָט עפּעס אונטערגענומען אזוינס, װאָס האָט פון אים 
געפאָדערט גרויס אײַלעניש, װאָס האָט אים פון זײַן געװיינלעכן פּאמע- 
לעכן, פארטראכטן גאנג ארױיסגעשלאָגן און האָט אים געמאכט יאָגן און 
א גרויסן פרימאָרגן אופשטיין. 

ער האָט זיך, אזוי האָט זיך געדאכט, אפילע אומגעוואשן, מאכמעס קיין 
צײַט געהאט און ניט באויזן, פון מיכל בוקיַערס שטוב ארױסגעלאָזט. 

עטװאָס שפּעטער האָט מען אים שוין בא די יאטקעס געזען, בא די 
קאצאָווים צװישן די פליישישטעלן זיך דרייען, ביז ער האָט זיך אף מייער 
בלאס אָנגעשלאָגן און מיט אים עפּעס א מעשונע געשפּרעך פארפירט. די 
ערשטע מינוטן האָט אים יענער ניט פארשטאנען, ניט געװוּסט, װאָס ער 
װיל פון אים: װײַל צו אזוינע זאכן, צו אזוינע געשעפטן, איז יענער, 
מייער בלאס, אף זײַן לעבן ניט געװווינט געווען: ,האָסטו געהערט אזוינס? 
נא דיר, גאָר עמעצן פלייש אהיים שיקן און נאָך וועמען? ניט קיין ראָװו, 
ניט קיין רעבן, ניט קיין נאָגיד אף א סימכע, נאַר ערגעץ גאָר צו אן 
אלמאָנע, װאָס װוינט אזש אף ,די זאמדן", װאָס װער איז זי? װאָס איז 
זי? איז זי קליין אליין צו קומען, אליין צו נעמען? צו װאָס איר נאָךְ 
אהיים אָפּשיקן, און װוּ זאָל ער נעמען די שיקערס? אז ער האָט דאָך 
נאָר איינעם, זײַן העקער מאזשעווע, איז װי קאָן ער אים פון דעם קלאָץ 
אָפּרײַסן, אז ס'איז שוין שפּעט, אז ס'שטייען שוין און סווארטן שוין 
קוינים, אף זיי צו באדינען?" 

אָט אזוי האָט מייער בלאס די ערשטע מינוטן ניט פארשטאנען און 
געקוקט אף סרולין, װי אף א מענטשן, װאָס ניט פון ייַשעװ, אָבער, אז 
סרולי האָט ארויסגענומען נישקאַשע פון א פּאָר פּאַזיט-פּאפּירלעך און 
דאָס פאָרויס באצאָלט פאר א גאנצער ריי טעג, צו גלײַכע כאלאָקים אֹף 
יעדער טאָג פאר יענער אלמאָנע, און האָט אים געבעטן, דעם קאצעוו, אז 
נאָר הײַנטיקס מאָל זאָל ער עס איר אהיים צושטעלן און איבערגעבן, 
אז די װײַטערדיקע טעג זאָל מען אליין קומען נעמען; אז דער קאצעוו 
האָט דערזען די פּאפּירלעך און זיי אין די הענט און פאר די אויגן גע- 


194 


האלטן שוין טאקע מעזומען און צום ציילן, אזוי איז ער פארשטאנדיקער 
און ווייכער געװאָרן, און דאָס, װאָס ס'האָט אים פריַער אויסגעזען מע- 
שונע, האָט זיך אים פּאמעלעך-פּאמעלעך געלייגט אפן זינען, כאָטש אין 
פּלוג, נאָך אומפארשטענדלעך, און ער האָט סרולין, בייס דאָס געלט בא- 
קומען, דאָך פון קאָפּ ביז די פיס באטראכט און פון אויבן אראָפּ, װי א 
האלב-דולן, אָפּנעמאָסטן. 

דאָס זעלבע איז דערנאָך פאָרגעקומען מיטן אונדז שוין באקאנטן 
לייבעשן, װוּהין סרולי האָט, באלד נאָך דעם, װי ער האָט זיך מיטן קא- 
צעוו אָפּגעפארטיקט, אװעקגעײַלט. יענער האָט נאָך װייניקער פארשטאנען 
פונעם קאצעוו, װײַל יענער --א האלב-צעטומלטער, און אף יענעמס סייכל 
האָט זיך די זאך גאָר ניט געלייגט. סרולין איז אויסגעקומען היפּש צו 
האָרעװען און א שטיק צײַט פון יענעם נאָר טאקע, װי א מעשוגענער, 
באטראכט צו װערן, ביז ער איז לעסאָף פון ווערטער און פון דערקלע- 
רונגען איבערגעגאנגען צו דעם, װאָס װוירקט בעסער פון דער בעסטער 
דערקלערונג: ווידער צו די היפּש-װוערטיקע פּאָר פּאָזיט-פּאפּירן און וי 
דער אף פאָרויס באצאָלט פאר אלעם דעם, װאָס מע װעט אין די נאָענטסטע 
פּאָר װאָכן אין יענער שטוב נײיטיק האָבן בא אים, בא לייבעשן, אײַנצו- 
קויפן. אזוי, אז לייבעש האָט, סאָפקאָלסאָף, די זאך געכאפּט. און פון 
כאפּעניש, אײַלעניש און טומל האָט ער זיך אליין אונטערגענומען די 
אײַנגעקויפטע קראָם אָפּצוטראָגן. 

דאָס דריטע מאָל האָרעװען איז אויסגעקומען סרולין באם דאָקטער, 
װאָס אהין האָט מען אים, אין אזא פריִער צײַט, גאָר ניט געװאָלט אפילע 
ארײַנלאָזן, אים ניט געװאָלט אופנעמען, --ניט ווען ער האָט געזאָגט, אז 
ער איז געקומען דעם דאָקטער אף א ויזיט רופן, און אויך ניט, ווען ער 
האָט געזאָגט, אז ער איז אליין א קראנקער און וויל, דער דאָקטער זאָל 
אים אין דער היים באטראכטן. די דינסט דעם דאָקטערס האָט אים ניט 
געלאָזט די שװועל איבערטרעטן, װײַל מיט זײַן אויסזען און הוילעך האָט 
ער בא איר דערװועקט כשאד און אומצוטרוי, -און זי האָט די גאנצע צײַט 
די טיר פאר אים נאָר א קליין ביסל אָפן געהאלטן, יעדער מינוט גרייט 
זי פאר זײַן נאָז צו פארהאקן. 

ס'האָט אים געקאָסט היפּש מי, סרולין, ביז ער האָט זיך לעסאָף טאקע 
פאָרט אין שטוב ארײַנגעריסן, זיך צום דאָקטער דערשלאָגן, און דאָרט, 
באם דאָקטער אליין, איז דאָס שוין בא אים גאנץ קורץ געגאנגען און אָן 
איבעריקע שװעריקײַטן. װײַל דער דאָקטער -- זייער און זייער פארשטאנ- 
דיק, באזונדערס, ווען ס'איז אים פאָרויס פאר עטלעכע ויזיטן באצאָלט 
געװאָרן, אים אליין פאר די ויזיטן, און אויך אפילע פארן פאעטאָן 
באצאָלט... 


8 8 + 


אינעם זעלבן פארנאכט פון יענעם טאָג, וועגן וועלכן מיר האָבן אויבן 
דערציילט, האָט זיך סרולי געטראָפן זיצן בא שאָלעם-ארענען אין װײַנ- 
שענק. 


199 


אָט דער װײַנשענק האָט זיך געפונען אין א האלב פארוקטן, האלב 
פינצטערן הינטערשטן געסל, ניט װײַט פון דער גאס פונעם אײידעלן 
מארק, אין אן אלטן מויער, אויסגעבויט שוין מיט פיל, פיל יאָרן צוריק, 
אין דער זעלבער צײַט, װאָס די אלטע פעסטונג, צו וועלכער ער, דער 
מויער, האָט, װײַזט אויס, געהאט אמאָל א געוויסע שײַכעס. ער האָט 
אויסגעזען צו דינען אמאָל א מין ראָטהױז, אָדער אן אנדער מין כאָשעװע 
מעלוכע-געבײַדע, װאָס די אלטע שטאָט האָט זיך אין איר צײַט גענייטיקט. 
איצט אָבער, ווען די פעסטונג שוין אלט, אָפּגעפאָרן און אויסערן גע- 
ברויך --א יוירעד, װי אליין די פעסטונג. 

סהאָבן אין יענעם מיער שוין איצט געווינט געװיינלעכע נאָר 
שטאָט-לײַט, געוויינלעכע קליינע און מיטעלע סאָכרים, װײַל אויך דאָס 
געסל אָפּגעלעבט, און וי געזאָגט, פארוקט אין האלב-פינצטער, און גאָר 
פארמעגלעכע האָבן זיכער דאָס אף צו װױינען ניט גאָר גערן געהאט. 

ער, דער מױער, האָט געשמעקט מיט װילגאָטש, מיט אוראלטן טונקל 
אין אלע זײַנע אלטמאָדישע ווינונגען פון אלע זײַנע דרײַ אָפּגעפאָרענע 
און האלב שוין אײַנגעבױגענע שטאָקן. די ציגל בא זײַנע ווינקלען אָפּ- 
געריבן, צעפרעסן, גלײַך א מין שטיין- און ציגל-װאָרעם האָט אף זי 
זײַנע ציין געשארפט. זיי, די ציגל, האָבן שוין אויך די נאטירלעכע מארע 
פארלוירן -- פון רויטלעך-געל אף טונקל-ברוין שוין איבערגעקומען, און 
בא איינעם אזא אָפּגעריבענעם ווינקל האָט זיך, סאמע בא דער ערד, 
געוויזן א טיר, װאָס האָט דורך היפּש טרעפּ אין א שטארקן טיף-אראָפּ 
געפירט -- צו שאָלעם-ארענען אין װײַנשענק. 

ער איז שוין אלט געווען, דער שענק, געשמעקט מיט קאדמוינים, מיט 
אלט-זויערלעכן װײַןיגערוך, מיט מויער- און קעלער-דומפּיקײַט און מיט 
יאָרן ניט געלופטערט. װײַל דאָס איינציקע ביסל לופט, װאָס האָט אהין 
יאָ ארײַנדערלאנגען געקאָנט, איז געקומען דורך אָט דער נאָרװאָס דער- 
מאָנטער טיר, װאָס האָט געפירט דורך פיל טרעפּ פון דרויסן, און אויך 
פון איינעם א מעשופּע נישע-פענצטער, װאָס אין געסל האָט מען דאָס 
קימאט ניט אָנגעזען, און אין שטוב, אין װײַנשענק אינװוייניק, האָט עס 
ניט נאָר קיין שײַן, נאָר אפילע די פוסטריט פון דורכגייער זעלטן אָנצו- 
זען געמאכט. 

אָט דאָרט האָט שאָלעם-ארן געשענקערט. ער, מיט זײַן איינציקן מע- 
שאָרעס נאפטאָלע, א האלב-פארזעסענער בעסאראבער יונג, מיט א טונקל 
פּאפּשוי-בערדל, מיט א לאנג קאפּאָטע-זעקל אָן א שפּאלט פון הינטן, און 
פון פאָרנט -- קיינמאָל ניט פארשפּיליעט. קעסיידער --סײַ באטאָג סײַ 
באנאכט --איז נאפּטאָלע געווען פארנומען אינעם טיפן װײַנקעלער מיט 
די װײַנען פון פאס צו פאס איבערגיסן. ער האָט געארבעט בא א ליכט, 
דעם גרעסטן טייל צײַט איינער אליין, האָט ער דערום וװוײיניק גערעדט, 
ווען ער איז שוין אפילע אף דער ליכט געקומען. 

ווען ס'זײַנען געווען באזוכער אין װײַנשענק און ווען שאָלעם-ארן 
האָט זיך אליין ניט געקאַנט ספּראווען, פלעגט ער אים העלפן דערלאנ- 
גען, און וען קיין באזוכער, און וװען אויך אין קעלער קיין ארבעט, 





16 





פלעגט ער גלאט זיצן, פארגליװװוערט, קיין װאָרט ניט ארויסריידנדיק. 
ס'איז אים גאָרנישט ניט אָנגעגאנגען, ניט די שטוב, ניט דער דרויסן 
און אזוי שטיל פלעגט ער זיך האלטן, אז אָפט פלעגט זיך אים זעצן א 
פליג אף דער נאָז, און זי האָט אים ניט געשטערט: ער האָט זי ניט אָפּי 
געטריבן, ס'האָט אים ניט געארט, און ער פלעגט זי, פארקערט, וי זײַן 
אײינציקן אינטערעס, מיט א זײַטל אויג נאָר שטארק באטראכטן. 

שאָלעם-ארן, מיט אן אויסגעיידלט, װײַס-מילכיק פּאָנעם, מיט א 
שווארץ בערדל, לענגלעך-לײַטיש אויסגעקעמט, האָט אויסגעזען א לײַטי- 
שער לעמל. ער האָט מיט איינציקע, אָנשטענדיקע, שוין פון באשטענדיק 
אויסגעכאזערטע ווערטער זײַנע באזוכער אופגענומען, זיי באדינט, בא 
זי פארן װײַן באצאָלט באקומען, קיינמאָל מיט קיינעם אין קיינע קרי- 
גערײַען און מאכלויקעס ניט ארײַנגעטראָטן, אפילע ווען אייניקע פון 
זײַנע באזוכער שיקער, װאָס דאָס האָט זיך געמאכט זעלטן: -- אמאָל נאָר 
אין א פרײַטיק-פארנאכט, װען שוסטערס, װאָס טראָגן דעמלט אָפּ די 
ארבעט צו די באלעבאטים באשטעלער און באקומען באצאָלט, קומען 
טרינקען, און װי די מאָדע זייערע איז בעשאסן טרינקען, צעשרײַען זײ 
זיך, צעקריגן זיך און אמאָל ווילן זיי זיך אויך שלאָגן, --אויך דעמלט 
איז שאָלעם-ארן געשטאנען בא א זײַט, זיך נישט געמישט, זיך, כאָלילע, 
מיט קיינעם ניט צו פארקריגן, אף קיינעמס צאד ניט װעלן שטין, און 
נאָר ווען ס'האָט שוין געהאלטן שלעכט, אין שוין נאפטאָלע צו הילף 
געקומען --ער האָט שוין געװוּסט, װאָס ס'פאָדערט זיך פון אים: ער האָט 
שטיל דעם הויפּטיקריגער אף די הענט גענומען און שטיל דורך די טרעפּ 
אים אין דרויסן ארויסגעשטעלט. 

שאָלעםיארן האָט נאָר געװוּסט פון זײַנע פינף סאָרטן װײַנען, װאָס 
בא אים אין קעלער. נאָר געװוּסט, די פינף פעסער זאָלן זיך בא אים ניט 
אויסנעמען, קיין נײַע ניט אױסצושרײַבן, ניט ארײַנצוקריגן, נאָר דערפאר 
די אלטע זאָלן אים ניט אויסגיין און זיך קײינמאָל ניט אופהערן צו צאפּן. 
װאָסערע פינף? , אונגערשער"--פאר האלבע פּריצים און קריסטלעכע 
באאמטע, ווען זיי קומען אמאָל צו אים ארײַן; ,סודאקער"-- פאר ייַדן- 
סאָכרים און מעקלער-מעווינים; , װימאָראָזעק"--- פאר באלמעלאָכעס, דעד- 
הויפּט פאר שוסטער; , צמוקים"--דער גאנצער שטאָט אף קידעש, און 
דער לעצטער --,, באָרשטש?, װי ער און נאפטאָלע האָבן אים גערופן, -- 
אף אומבאשטימטע פאלן, ווען דער באזוכער איז ניט באװוּסט, צו װאָס 
פאר א שטאנד און סאָרט מענטש ער געהערט. 

דאָס מאָל, אז סרולי האָט זיך באוויזן אין שענק, איז דאָרט קיינער 
ניט געווען. ס'איז געווען א מיט-װאַכעדיקער טאָג, --קיין באלמעלאָכעס 
נישט; זומער און שניט-צײַט --ווען אויך קיינע סאָכרים ניט, װײַל דער 
מיסכער געשלאָגן. ס'איז אויך געווען ערעוו דעם גרויסן יאָרייאריד 
,פּרעטשיסטע?, ווען אין װײַנקעלער בא שאָלעם-ארענען װוערט אלץ 
פּארפריַער פארגרייט אף יענע יארידיטעג, קעדיי פּאַשעטע און איידעלע 
שליאכטיטשעס צו באגעגענען און אופנעמען; װען אלץ אין קעלער איז 
שוין געווען אָפּגעטאָן; װאָס מע האָט באדארפט פארמישן, האָט מען 


197 


פארמישט, װאָס צומישן -- צוגעמישט, צוקער געשאַטן, וואסער געגאָסן -- 
איבערגעזאָטענע, אויך רויע.-- און איצט האָט ניט נאפּטאָלע און אויך 
אליין שאָלעםיארן גאָרנישט ניט צו טאָן געהאט. שאָלעם-ארן איז זיך 
ליידיקגייעריש-בארוט און לעמלינאריש הינטערן פארקויף-טיש געשטאנען 
און אף קיינעם ניט ארויסגעקוקט, און נאפּטאָלע איז באם ארײַנגאנג אף 
א בענקל געזעסן און האָט נאָכגעשפּירט די פליגן, װאָס אף זײַן נאָז. 

אז סרולי איז ארײַן, האָט אף אים שאָלעם-ארן אפילע קיין קוק גיט 
געטאָן: קיין באקאנטער, האָט אים געדאכט, ניט, און אויך ניט אזא 
פרעמדער, װאָס זאָל בא אים איבעריקן נײַגער דערוועקן. נאפּטאָלע האָט 
אים װעדליק זײַן הוילעך און אױיסערלעכקײַט אָפּנעשאצט: ער האָט אים 
,בּאָרשטש? דערלאנגט, און סרולי האָט זיך פארקרימט, אָבער אראָפּגע- 
שלונגען. ער האָט זיך נאָכאמאָל געהייסן דערלאנגען, און נאפטאָלע האָט 
דאָס זעלבע איבערגעכאזערט. און אז סרולי האָט צום דריטן מאָל װײַן 
געפאָדערט, האָט שוין נאפטאַלע אף אים, אפן פרעמדן ייַד-פּארשוין, װאָס 
ער זעט אים, דאכט זיך, דאָס ערשטע מאָל, א פארװוּנדערטן קוק געטאָן. 

עס האָט אים פארכידעשט דער פּארשוין: ערשטנס, װאָס אזא ייַד-- 
װאָס ניט קיין סויכער, ניט קיין מויכער, דאכט זיך, -- פארגינט זיך טריג- 
קען שוין דאָס דריטע מאָל; צווייטנס, און דאָס דעריקער, ויאזוי ער האלט 
זיך באם טרינקען. סרולי אִיז געזעסן מיטן רוקן צום פארקויף-טיש און 
מיטן פּאָנעם צו יענעם נישע-פענצטער, װאָס, װי שוין געזאָגט, האָט מען 
פון דאָרט ניט נאָר קיין שײַן, נאָר זעלטן אויך א פּאָר פיס פון א דורכ- 
גײיער געקאָנט זען. ער האָט בא די ערשטע קויסעס געקוקט אין דרויסן, 
דערנאָך האָט ער די אויגן פון דאָרט צוגענומען און גענומען קוקן אף זײַן 
קאָס. ער האָט פריער די גלאָז מיט דער מאשקע באטראכט, דערנאָך, אז 
א ביסל טרינקערשע פארב איז אים געקומען אין פּאָנעם, װי יעדעס מאָל, 
ווען א מענטש האלט שוין באם דריטן, האָט ער--האָט זיך נאפּטאָלען 
געדאכט -- גענומען צו אים עפּעס ריידן, צום קאָס. 

-- נא, -- האָט ער געזאָגט, -- סזאָל אים אָנהײבן ארן, סזאָל אים א 
מינדסט גאָר אָנגיין דאָס, װאָס ער, דער קאָס, קאָן מיינען, אז דאָס, װאָס 
ער טײַנעט איצט, רעדט און קלאָגט זיך, איז דאָס פון יענער באליידיקונג 
און ביזאָיען, װאָס ער האָט קלוימערשט נעכטן געליטן, בייס יענער האָט 
אים בא זיך אין שטוב פאר א סאך און פאר פרעמדע מענטשן אין די 
אויגן מעוואיעש געווען. אייסעך, ס'איז כויזעצק און קיין ועזן, װײַל, בי- 
כלאל, זאָל ער ויסן, האלט ער ניט, אז בושע קאָן קומען פון אזוינע, 
װאָס זײַנען ניט װערט יענעם צו מעוואיעש זײַן, פון אזוינע, װאָס שטייען 
נידעריקער פון די, וועמען זיי באליידיקן. דערפאר טאקע האָט ער, סרולי, 
דעמלט צוגעשוויגן, קעדיי מע זאָל ניט מיינען, אז יענעמס ווערטער האָבן 
בעעמעס טאקע געהאט א קויעך. װאָרעם אינדערעמעסן: פון וועמען זאָל 
ער זיך באליידיקן? פון אזא, װאָס קאָן אפילע זיך ניט שטעלן העכער פון 
אזא נישטיקער אומגערעכטיקײַט, וועלכע ער איז באגאנגען בענעגייע זײַן 
אַרעמען, קראנקן מעשאָרעס, און איבער קליינלעכן נעגידישן שטאָלץ קאַן 
זיך עפנטלעך ניט מוידע זײַן, װײַל אוב ער װעט זיך מוידע זײַן, װעט 


108 


ער דאָך מוזן מיט װאָס-ניט-איז און ווי-ניט-איז זי, די אומגערעכטיקײַט, 
צו באגיטיקן -- און דאָס דערלאָזט אים דאָס נעגידישע הארץ ניט. 

ניין, ניט דערוף קלאָגט ער זיך, ניט אפן ביזאָיען, װאָס מע האָט אים 
קלוימערשט אָנגעטאָן, נאָר דערוף, װאָס עפּעס פילט ער זיך פון נעכטן 
אָן װי ניט מיט אלעמען. עפּעס פילט ער זיך, גלײַך מע װאָלט אים די 
נעשאָמע אף דער אנדערער זײַט איבערגעקערט. און דאָס אין אים געקו- 
מען נאָך דעם, װי ער איז נעכטן פאר יענעם, פאר לין, ארויס מיטן 
געשפּרעך, בעשאס ער האָט אים, װי די גאנצע אינערלעכקײַט זײַנע, ביז 
די פּיאטעס אראָפּ אופגעדעקט, אופגעעפנט, װאָס דאָס געשעט מיט אים 
דאָס ערשטע מאָל קימאט. 

ער האָט אופגעדעקט אלץ, װאָס ער האָט יאָרנלאנג געטראָגן װי 
אונטער דער פּאָלע פארשטעלט, אויך זײַן קרענק, װאָס איז אים געקומען 
איבער אָט דער פארשטעלעניש, דאָס מיינט ער --אים, יענעם, װאָס ער 
זיצט אין אים, לאָזט אים ניט צורו, לאָזט אים פון גאָרניט קיין האנאָע 
האָבן, אויסער נאָר אמאָל פון הארץ זיך אראָפּשעלטן.. ער האָט אויך 
דערציילט פונעם געלט, װאָס ער האָט, און װאָס איז בא אים ביז אהער 
געלעגן, װי אונטער א ניידער, אז ער זאָל דאָס ניט אָנרירן און ניט ער 
און ניט קיינער זאָלן דערפון ניט געניסן. איצט אָבער, נאָך דעם, אז 
ער האָט שוין וועגן דעם דערציילט, האָט ער דאָס שוין געמוזט אופבינדן, 
דאָס אף דער ליכטיקער שײַן ארױיסשלעפּן און בא דער ערשטער געלעגג- 
הײַט, װאָס האָט זיך אים געמאכט דאָס אויסצונוצן, האָט ער דאָס שוין 
אין גאנג געלאָזט. אָט, װי הײַנט, לעמאָשל, מיט דעם אָרעמען, קראנקו 
מעשאָרעס, װאָס דינט בא אים, בא לוזיס ברודער, און װאָס זײַן צאר איז 
אים צום הארצן צוגעטראָטן נאָך דעם, װי ער האָט נעכטן געזען, װי זײַן 
מוטער, די מאלקע-ריווע, איז פאר זײַן באלעבאָס אפן אומגליק זיך גע- 
קומען קלאָגן. און נאָך אָט דער ערשטער געלעגנהײַט, איז וויבאלד ער 
האָט זיך שוין דערלויבט און דאָס קניפּל אופגעבונדן, אזוי ציט זיך עס 
שוין און שלעפּט זיך שוין אליין, און ער האָט שוין איצט אויך געלט 
ארויסגעצויגן אפילע אף אזא זאך, װי אף גיין אהער אויסטרינקען, װאָס 
דאָס האָט זיך אים שוין אויך לאנג ניט געמאכט.. 

ער איז, װײַזט אויס, טאקע ניט מיט אלעמען. ס'קאָן זײַן א כולשע 
פון קערפּער. אָבער ניין, גיכער פון אלץ טאקע פאָרט פון דעם, װאָס 
ער האָט זיך פון זײַן שטארק פארשנורעװעטקײַט אופגעבונדן און אף 
דער נעשאָמע איז אים געװאָרן לויז, פּוסט, װי א קעשענע, ווען מע 
לײידיקט זי אויס און מע קערט זי איבער. ער פילט, אז ער מוז זי מיט 
עפּעס פארפולן, מיט װאָס נאָר ס'וועט זיך לאָזן, אפילע מיט װײַן, אפילע 
אויך מיט אזא שלעכטן, װי אָט דער, װאָס שטייט איצט פאר אים און 
װאָס זײַן פּאסקודנעם טאם האָט ער נאָך פון די ערשטע קויסעס אין מויל 
און אפן גומען געפילט, מיט א פארדרייעניש אין קאָפּ און א שטארקער 
ברעכעניש אין די קניִעס. 

-- טפו זאָל ער װערן, דער װײַ--האָט דאָ סרולי אויסגעשריגן 
די אויגן אופגעהויבן און דערזען, װי דער מעשאָרעס, װי נאפטאָלע מיטן 


199 


לאנגן קאפּאָטעיזעקל, מיטן טונקל פּאפּשוי-בערדל זיצט, ניט האָבנדיק 
װאָס צו טאָן, און קוקט אף אים און הערט זיך אויך, דאכט זיך, אײַן 
אין דעם, װאָס ער האָט דאָ נאָרװאָס געזאָגט, און שמייכלט, דאכט זיך, 
אויך פונעם געזאָגטן. 

-- מעשאָרעס!-- האָט סרולי מיט קאס צו נאפּטאָלען זיך געװוענדט, 
אויסגעשריגן, װי ניט דערלאָזנדיק און איבערײַסנדיק יענעמס מעגלעך 
אפילע געדאכטע נאָר כוצפּע פון צו װעלן אָדער צו טראכטן פון אים 
צו שמייכלען... 

-- מעשאָרעס, פארנעם דעם באָרשטש! װײַן האָב איך געבעטן! 

-- װײַן? -- האַט זיך נאפטאָלע שלעפעריקיפויל פונעם בענקל א הײיב 
געטאָן, צו סרוליס טיש צוגעגאנגען, די האנט אויסגעשטרעקט, װי אֹף 
אויסצובעסערן און צו פאריכטן א קלוימערשטן קליינעם טאָעס, װאָס ער 
איז אומגערן באגאנגען. 

-- אנדערן?-- האָט ער טאמעוואטע א פרעג געטאָן. 

-- יאָ, אנדערן!--האָט אף אים סרולי פון זײַן זיץ-אָרט אזא בליק 
געטאָן, אז יענער זאָל פארשטיין, אז מער קיין טאָעסן זײַנען שוין נישט 
צו דערלאָזן און ניט שײַעך. 

סרולי האָט שוין דעמלט אין קאָפּ א היפּש ביסל שיקערע פּארע געהאט. 
ס'האָט זיך געקאַנט דאכטן, אז אפילע ווען מע װעט אים שוין מער קיין 
װײַן קיין אנדערן ניט ברענגען, װעט ער שוין סײַװי, אליין נאָר פונעם 
פּריַער אויסגעטרונקענעם, זײַן האלב-שיקערע רעדע פאָרזעצן, װאָס אף 
דער לונג, איז אפן צונג, און אזוי לאנג ריידן און זיך פאריידן, ביז-- 
אָדער ער װאָלט, װי א געוויסער טייל שיקורים, גאָר שוין מיט הויכע 
דיבורים ארויס, און מע װאָלט אים געמוזט ארױסטראָגן, אָדער װי אן 
אנדער טייל, װאָס נאָך דעם, אז זיי ריידן זיך א ביסל אָן, בלײַבן זי 
שטיל, שיקערע שעפעלעך, בייגן אָן די קעפּ און בלײַבן אפן אָרט אײנ- 
געדרעמלטע. אָבער ניין. אזוי האָט זיך נאָר געקאָנט דאכטן. אינדערעמעסן 
אָבער האָט סרולי דערװײַל נאָך אין דער מיט געהאלטן, ערשט אין אזא 
שטאנד, װאָס נאפטאָלע דער מעשאָרעס, לעמאַשל, האָט געזען, אן אִפַּי 
נארן אים, וי אנדערע, ווען זי זײַנען שוין שטארק באזויפן און ווען 
זי הייסן זיך געבן בעסערן, אנדערן, און מע גיט זיי דעם זעלבן אז 
אָפּנארן אים, וי אנדערע, איז נאָך צו פרי; און אויך שאָלעם-ארן, װאָס 
האָט די גאנצע צײַט זיך הינטערן פארקויף-טיש געפונען און האָט, זיצנ- 
דיק, זײַנע שענקעריש-ליידיקגייערישע, שטילע מאכשאָװעס געטראכט, 
האָט נאָך ניט פאר צײַט- און פאר רעכטפארטיק געפונען מיט נאפּטאָלען 
וועגן טרינקער זיך איבערצוקוקן, ניט מוירע האָבנדיק נאָך --ניט טאָמער 
װועט יענער ניט אימשטאנד זײַן צו באצאָלן, און ניט אויך דערפאר, װאָס 
עפשער װעט מיט יענעם, גלאט אזוי, אן אנדער אומאַנגענעמלעכקײַט 
געשען. 

סרולי איז דערװײַל נאָך אף זײַן אָרט, װי ער איז פריַער געזעסן 
געבליבן -- מיטן פּאָנעם צום נישע-פענצטער, אויך שאָלעם-ארן אף זײַ- 
נעם, און ער האָט אפן טרינקער קיין אכט ניט געלייגט, און אז נאפּטאָלע 


200 


איז צוריק שוין מיטן בעסערן װײַן געקומען, האָט ער סרולין נאָך אלץ 
אפן זעלבן אָרט און אפן ריידן געטראָפן. 

ער האָט זיך ווידער אף זײַן אָרט אוועקגעזעצט, נאפּטאָלע, וי גרייט 
א פליג צו באאָבאכטן, אָדער באם טיש דעם טרינקער --- אים אלציינס, -- 
און סרולי, האָט ער געהערט, האָט שוין איצט, ניט װי פריִער, וי צו 
זײַן קאָס געטײַנעט, נאָר װי צו איינעם א לעבעדיקן, א זײַן-גלײַכן, װאָס 
איז אים אנטקעגן איבער זײַן טיש געזעסן. 

-- ער ווייסט, -- האָט ער געזאָגט, --אז ער איז א ביסל באטרונקען, 
אַבער יענער זאָל פון אים ניט לאכן, װי דער מעשאָרעס. ער איז נאָך 
ניט צום געלעכטער. ער קאָן נעַך אים צוזאמען מיטן מעשאָרעס, מיטן 
באלעבאָס, מיטן גאנצן װײַנשענק אין איין זאק ארײַנארן און פאר גלײַכן 
געלט פארקויפן, אָדער --אָפּקויפן. װײַל געלט האָט ער, ניט נאָר פאר 
איין װײַנשענק, נאָר פאר א האלבער װועלט װײַנשענקען.. ער קאָן דאָס 
אים באװײַזן, װוען ער װיל. ער האָט דאָס בא זיך אין בוזעם-קעשענע. 
ער װאָלט זיך זיכער דערשראָקן, װוען ער דערזעט דאָס --ער מיטן מע- 
שאָרעס, מיטן באלעבאָס, מיט א גאנצער גאס, מיט אפילע א גאנצער 
שטאָט מענטשן, -- ווען מע דערזעט בא אים אָט דעם סאך, אָט דעם פּאק, 
װאָס בא אים אָט-דאָ אין בוזעםיקעשענע. אף אלע פּענעמער װאָלט איין 
שרעק געווען. אף אלע נעז --איין װוּנדער: ,װוּ האָט ער דאָס גענומען, 
סרולי, װי קומט דאָס צו אים... ניט אנדערש, אז א קלויסטער באראבע- 
וועט, אָדער עפשער האנדלט ער גאָר מיט פאלשע פּאָזיט!" מע װאָלט זיך 
צונויפגעלאָפן. אייניקע װאָלטן געזאָגט: אים בינדן און איבערגעבן וועמען 
מע דארף. אנדערע װאָלטן זיך ניט געגלייבט און װאָלטן זיך פאר אים 
אײַנגעשטעלט און געטײַנעט: עפשער פאָרט זײַנס, עפשער א יערושע, 
עפשער פון הימל באגליקט, עפשער אן אױצער, א מעציַע--א פּאַרעץ 
האָט פארלאָרן און ער האָט געפונען.. מיט איינעם װאָרט, שטאָט װאָלט 
געהאט װאָס צו טאָן, װאָס צו ריידן. דער מעשאָרעס װאָלט געהאט אר- 
בעט--אים א שיקערן פון שענק ארויסשטעלן, דער באלעבאָס װאָלט 
מוירע געהאט פאר אן אומגליק, און ער װאָלט שוין אפילע מויכל 
געווען אפן װײַן, װאָס ער האָט בא אים געטרונקען: אן עק זאָל דאָס 
האָבן, זאָל ער שוין ניט באצאָלן, אבי פּאָטער װערן, אבי װאָס װײַטער 
אים פון זײַן שװעל צו זען.. הא... א-יאָ?.. ער זעט, װי דער מעשאָרעס 
הערט זיך שוין טאקע אײַן און האָט שוין טאקע מוירע פארן געצאָלטס?. 

און ווירקלעך: נאפטאָלע האָט דעם פרעמדן ייִדנס רייד דאָ דערהערנ- 
דיק, דערהערנדיק אזוינע מינים װוערטער פון אים ארויסקומען, װי ,א 
קלויסטער באראבעוועט", ,, בינדן", ,איבערגעבן"--האָט אפילע ער, נאפ- 
טאָלע, װאָס איז צו שיקורימס רייד געװווינט און װאָס קיינמאָל לאַזט ער 
זיי אפילע צו זײַן אוער ניט צו, ---אפילע ער, נאפּטאָלע, האָט זיך דאָס 
מאָל א גלײַכן זעץ אוף געטאָן, מיט שטארקן כידעש אפן ייִדן א קוק גע- 
טאָן און געזען, װי יענער איז אין דער רעכטער מיט ארבעט און פון 
דעם נײַעם קאָס, װאָס ער האָט אים געבראכט, האָבן זיך שוין בא אים 
די אויגן, װי בא א הון צום שלאָפן פארלאָרן... ער האָט זיך באלד דער- 


21 


שראָקן און פון דערשרעק עפּעס א מין הוסט געטאָן --א מין סימען צו 
זײַן באלעבאָס, צו שאָלעם-ארענען, װאָס איז הינטערן פארקויף-טיש גע- 
זעסן און האָט פון קיין בייז ניט געטראכט און נאָך גאָרנישט ניט כוישעד 
געווען, --אזא הוסט, װאָס יענער האָט אים גלײַך דערהערט און, דער- 
הערנדיק, האָט ער אומרויק אף נאפּטאָלען א קוק געטאָן און גלײַך דער- 
זען, עפּעס איז מיטן ייִדן, מיטן אײנציקן טרינקער בא אים איצט אין 
שענק, עפּעס ניט קעשורע... 

ער האָט זיך פון זײַן אָרט אופגעהויבן, איז צו סרולין צוגעגאנגען 
פּריער פון זײַן רוקן-זײַט, אים אין פּאָנעם ניט זעענדיק, װי ער האָט אים 
פריִער, בעשאסן ארײַנקומען, ניט געזען, און צוקומענדיק צו אים נעענ- 
טער, האָט ער בא אים א פרעג געטאָן, װי טאָמיד אין אזוינע פאלן: 

-- רעב... װי רופט מען אײַך, רעב ייַך? 

-- װווי? -- האָט סרולי גלײַך די פראגע דערהערט, האָט זיך א קערעווע 
אויס געטאָן, אף שאָלעם-ארענען א קוק געגעבן, און שנעל, איידער יענער 
האָט נאָך באוויזן זײַן פּאָנעם צו זען, אָפּגעענטפערט: 

-- װוי מ'האָט מיר א נאָמען געגעבן. 

-- הא... זע נאָר... -- האָט שאָלעם-ארן, סרולין אן אויסגעקערעוועטן 
דערזעענדיק, אויסגעשריגן א ביסל זיסלעך, װי מע דערזעט א היימישן, 
און אויך א ביסל ביטערלעך איבעראשט, װײַל ער האָט אים געקענט, און 
פון אים אויך אן אנונג געהאט, װי קימאט אלע באלעבאטים אין שטאָט. 
דערפאר איז ער אים איצט א גרויס כידעש געװען, װײַל קײינמאָל האָט 
ער אים בא זיך ניט געזען, אים פאר קיין גאסט קיין טרינקער ניט גע- 
האט, און דערום געגלייבט, וויסנדיק זײַן אָרט, זײַנע מעשוגענע גענג אין 
שטאָט און צװישן מענטשן, אז אויך זײַן איצטיקס מאָל אהער קומען איז 
מעשונע, און געוויס קיין איבעריקן נאכעס װעט ער דערפון ניט האָבן 
אלנפאלס, באצאָלט באקומען -- שוין אוואדע נישט. 

-- הא, זע נאָר, -- האָט ער געזאָגט, --ס'איז דאָך, דאכט זיך, איר, 
רעב סרולי? 

-- און װאָס האָסטו געװאָלט?--האָט סרולי מיט בייזער איבערגע- 
פרעגט, וי איינער, װאָס איז דעם אנדערן ניט גערן, ווען יענער האָט 
אים עפּעס אין א וויכטיקער זאך אינעם רעכטן מיטן איבער- 
געשלאָגן. 

-- װאָס איך האָב געװאָלט?.. -- האָט שאָלעם-ארן שוין א ביסל א צו- 
ריק באליידיקטער אָפּגעענטפערט. ---כ'האָב געװאָלט זאָגן... כ'מיין, אז א 
מענטש גייט עפּעס קויפן, דארף ער האָבן געלט, מיין איך, דאָסגלײַכן-- 
אין שענק. האָט איר בא זיך געלט, רעב סרולי? 

-- געלט?-- האָט סרולי א זאָג געטאָן טראָציק, האלב שיקערלעך, און 
בעשאס דאָס זאָגנדיק, שאָלעם-ארענען װי פון קאָפּ בין די פיס אָפּגע- 
מאָסטן: װי קליין, הייסט עס, ער איז, װי נאריש, מיט װאָס פארא נישטיקע 
פראגעס ער איז צו אים איצט, ניט צו דער צײַט און ניט אפן אָרט, גע- 
קומען, -- געלט איז בא די נעגידים, -- האָט ער געזאָגט. 

-- איז דערום טרינקען אויך נאָר נעגידים!. און אז מע האָט ניט, 


202 





זיצט מען אין דער היים, מע קומט ניט צו יענעם און מע הייסט זיך ניט 
דערלאנגען. געלט, רעב סרולי, געלט דארף מען האָבן.. 

-- געלט?--- האָט דאָ סרולי אויסגעשריגן, האָט זיך פון אָרט א הייב 
געטאָן, די האנט אין בוזעם-קעשענע ארײַנגעטאָן און פון דאָרט א 
גרויסן פּאק פּאָזיט ארויסגענומען, אזא, װאָס מע קאָן זעלטן זען אפילע 
בא א רײַכער אויסזעענדיקן וי סרולי. 

-- נא, נעוויילע! אָט האָסטו דיר געלט!--האָט אים סרולי דעם פּאק 
אונטער דער נאָז און פאר די אויגן געשטופּט און אונטערגעטראָגן. שאָ- 
לעם-ארענען האָט, דאָס דערזעענדיק, לאָשן אויסגעפעלט.. ער האָט 
ווירקלעך דערזען פאר זיך אזוינס, און אין דער האנט פון אזא 
מענטשן, װאָס ער װאָלט זיך קיינמאָל זײַנע אויגן גאָר ניט געגלייבט. 

-- נא, נעוויילע! -- האָט סרולי נאָך העכער געשריגן.--נא דיר נע- 
גידים, נא דיר געלט, נעם, װאָס ס'קומט דיר, נעם זיך און ווארג 
זיר 


8 + = 


ס'איז שוין געווען פארנאכט. סרולי איז, ארויסגייענדיק פון שאָלעם- 
ארנס װײַנשענק, נאָך דעם, װי ער האָט זיך צעצאָלט, און נאָך דעם, 
װי ער איז מיט מעשונע פארװוּנדערטע בליקן פון שאָלעםיארענען און 
פון נאפּטאָלע דעם מעשאָרעס די גאנצע טרעפּ ביז דער טיר ארופבאלייט 
געװאָרן --א װײַלע אין געסל פאר שאָלעםיארנס טיר שטיין געבליבן. 
ער האָט זיך װי עפּעס געייַשעװט, אָדער עפשער ניט געייַשעװװט, נאָר װי 
יעדער באטרונקענער, װאָס אז ער גייט ארויס פון שענק, פארהאלט ער 
זיך א װײַלע און טוט פון קעלער און פון װײַן-לופט אָפּעטעמען, קעדיי 
צו באקומען מער פּעסטקײַט אין די פיס און מער קלאָרקײַט אין זינען 

און אָט, אז ער האָט דאָס באקומען, אז דאָס פּאָנעם און דער בליק 
האָבן זיך אים א ביסל דערפרישט פון דער קעלער-שײַן און פון לאנגן 
זיצן דאָרט אין דער טונקל, אזוי האָט ער זיך פון זײַן אָרט גערירט און 
זיך געלאָזט צו דער הויפּטיגאס, אהין, װוּ דער איידעלער מארק האָט זיך 
געפונען, און װוּ אויך מוישע מאשבערס קאָנטאָר -- אין איינעם א מויער 
אפן צווייטן שטאָק דאָרט. 

ס'איז געווען, װי געזאָגט, שניט-צײַט, װען דער מיסכער געשלאָגן 
און אין שטאָט קימאט קיין קוינים. סאָכרים און מעשאָרסים האָבן זיך, 
נאָך א לאנגן הייסן טאָג נודיען און בראָטן זיך אף דער זון, איצט אין 
קילע רעדלעך זיך געזאמלט פארן אהיימגיין און די קראָמען שליסן. מע 
האָט געווארט, ס'זאָל שוין אינגאנצן נאכט װערן, ס'זאָל שוין קיין סימען 
פון קיין מעגלעכקײַט ניט פארבלײַבן, אז עמעצער קאַן זיך נאָך פון 
ערגעץ-וווּ באװײַזן. מע האָט געווארט, זיכער זײַענדיק, אז אזוינס אין 
שוין אומעגלעך און אױיסגעשלאָסן, דאָך אָבער, קעדיי דער סאָכרישער 
געוויסן זאָל ריין זײַן, און אויך דאָס הארץ, װאָס האָט ניט דערלאָזט 
אפילע א ליאדע מינדסטן ,טאָמער?" און ,עפשער" דורכצולאָזן... 


203 


אָט דעמלט איז סרולי צוגעקומען צו איינער א קראָם, װאָס אנט- 
קעגן מוישע מאשבערס קאָנטאָר, און װי זײַן שטייגער, שטום און פאר- 
גליווערט, װי ער שטעלט זיך אמאָל אָפּ קוקן אף א נעסט, װאָס אף א 
פענצטער-געזימס, קעדיי די פייגעלעך, וי די גווירים, צו שעלטן, -- אזוי 
אויך האָט ער זיך איצט אנטקעגן מוישעס קאָנטאָר אוועקגעשטעלט. פאר- 
טראכט, אף קיינעם ניט קוקנדיק, גלײַך קיינער איז ארום אים נישטאָ. ער 
האָט נאָר די אויגן צום ארײַנגאנג פון קאַנטאָר געװענדט געהאלטן, װי 
ווארטנדיק און זיכער זײַענדיק, אז עמעצער דארף זיך פון דאָרט באװײַזן 
צום סאָף טאָג, -- דעמלט, װען אלע קלײטן און קראָמען װעלן זיך 
שליסן, און צו יענער צײַט -- אויך די קאָנטאָר מוישע מאשבערס. 

דאָס האָט ער געווארט אף שאָלעם שמאריאָן אָדער אף צאלי דער- 
בארעמדיקן, -- אף איינעם פון די ביידע, װאָס ער האָט צו זיי איצט ניי- 
טיק געהאט, װײַל ער האָט זיי געהאט װאָס צו פארטרויען און אין צו זי 
מיט א וויכטיקן איניען געקומען. 

ביידע זיי -- די שטענדיקע באזוכער פון מוישע מאשבערס קאָנטאָר, 
זײַנע מיטהעלפער און מיטארבעטער, װאָס זײַנען קיינמאָל פון דאָרט ניט 
ארויסגעקראָכן -- געקומען די ערשטע און אוועקגעגאנגען די לעצטע, און 
דער גאנצער געלט-האנדל און אלע קאָנטאָר-געשעפטן זײַנען ניט אָן זייער 
אָנטײל און אָן זייער הילף דורכגעפירט און געמאכט געװאָרן. 

סײַ אין קאָנטאָר, סײַ אפן גאס האָט מען זיי קעסיידער געזען צו- 
זאמען. אָבער איינער װײַטער און אָפּגעטראָטן פון אנדערן: ווען איינער אף 
איין זײַט טראָטואר, איז דער צווייטער -- אפן צווייטן, אפן קעגניבער- 
דיקן, וי זיי װאָלטן זיך איינס דאָס אנדערע די טריט געהיט, איינער דעם 
אנדערן פון אויג ניט ארויסגעלאָזט... כאָטש ביידע דרייען זיך ארום איין 
זאך, ארום געלט, ארום פּראָצענט פון געלט, און ביידע זיי ארום מוישעס 
קאָנטאָר, קעדיי אים געלט-לײַער צו נארײַען, און אויך אים אליין אמאָל 
א האלװאָע, ווען ער האָט זיך אין געלט גענייטיקט, און ביידע האָבן וי 
פון איין מאָקער זייער כעיונע געצויגן, דאָך װי צוויי היענעס, צויי 
קאָנקורענטן ביטערע ארום איין שטיק נעויילע, װאָס ביידע רײַסן זײ 
פון איינס, נאָר קוקן קוקן זיי אין פארשיידענע זײַטן מיט קעפּ פאר- 
דרייטע... 

דער כילעק צװישן ביידע, װאָס איינער -- שאָלעם שמאריאָן -- א 
נידעריטשק, שטיל פּארשוינדל מיט א כיטרע קעפּל אין דער זײַט אָפּגע- 
בויגן, װאָס האָט זיך עפּעס קעסיידער בא א זײַט גערוקט: בא דער זײַט 
פון הײַזער, פּלױטן, װי וועלנדיק, מע זאָל אים ניט באמערקן, אָדער ער 
זאָל אין יעדער מאָמענט פון מעגלעכער סאקאַנע ערגעץ אין א הויף, אין 
א טיר-לאָך קענען פארשווינדן. 

ער, שמאריאָן, מיט א פרום פּענעמל, מיט פיל פרומע קענטענישן א 
גרויסער ווייסער אין פארשיידענע סאָרטן אױיסיעלעך, וי קימאט א ראָו; 
דערצו נאָך מיט א זעלטענעם זיקאָרן אף צו געדענקען אלץ -- אלע 
טערמינען און זמאנים, -- װער בא וועמען ס'האָט וען געליען און אף 
װאָסערע פּראָצענטן; װער אָפּגעגעבן, װער ניט -- ניט נאָר פון היגע 


204 


סאָכרים, קליענטן און געלט-לײַער -- נאָר אויך פון דער פרעמד, פון 
דער סװויווע ארום, װער ס'איז אהער אין שטאָט אָנגעקומען נאָך געלט -- 
צו מוישען אין קאָנטאָר, אָדער צו אנדערע באל-האלװאָעס. דערצו נאָּך 
האָט ער אף אױסװוײיניק אלע געלט-קורסן, ווערט-פּאפּירן, אקציעס, אָב- 
ליגאציעס געהאלטן אפן קאָפּ -- נישט נאָר פון היגן לאנד, פון היגע בענק 
און אקציאָנערע געזעלשאפטן, נאָר אויך פון איסלאנד, פון 
אלע. 

אנטקעגן זשע אָבער צאלי איז סײַ אויסערלעך, סײַ מיט זײַנע פײיַקײַטן 
געווען קימאט דער הייפּעך זײַנער: א הויכער, גלײַכער און גלאטער, וי 
א גראָבצאָליקע ברעט. ער איז טאָמיד אינמיטן טראָטואר, אָדער אָפּטער 
נאָך אף דער מיט גאס געגאנגען. דעם קאָפּ הויך געטראָגן, גלײַך א 
גאנצע שטאָט דארף אים אָפּטרעטן, װײַל זי איז אים שולדיק, און שולדיק 
איז זי אים טאקע געוען, װײַל אויסער מיט גרויסן פּראָמיל, האָט ער 
זיך דעריקער פארנומען מיט װאָכער, מיט אנטלײַען געלט, וועמען ס'האָט 
זיך נאָר געלאָזט -- באלמעלאָכעס, קליינהענדלער און מענטשן אפילע 
אָן שום אָנזען און אָן שום מינדסטער באָטוכעס אין דער געזעלשאפט, 
װי מעקלער, דינסטן, מארק-זיצערנס אאוו. 

ער איז געװען גראָב אין אלע זינענס, גראָב אין קענטעניש, גראָב 
אויך אין אופירונג -- סײַ בא זיך אין דער היים בענעגייע זײַנע איי- 
גענע װײַב און קינדער, און באזונדערס גראָב און ווילדיאכזאָריש בע- 
נעגייע אלע יענע, װאָס זײַנען אים געווען שולדיק. 

אזוי, האָט מען געװוּסט אין שטאָט פון אים פיל צו דערציילן וועגן 
זײַנע ווילדע שטיק און גענג בייס כויװועס אופּמאָנען, װען ס'האָט זיך 
אים אמאָל געמאכט א שלעכטער צאָלער. ער האָט זיך ניט אָפּנעשטעלט 
פאר גאָרניט: פאר אָרעמעלײַט די לעצטע בעבעכעס איבערצושרײַבן, פאר 
אן אלמאָנע דאָס לעצטע ביסל סכוירע איר פון דער שטעל אוועקנעמעןן, 
און אפילע אויך ניט פאר אזא זאך, האָט מען דערציילט, װי קומען אמאָל 
צו איינעם, װאָס איז אים געלט שולדיק, און זיך ארײַנלייגן אין יענעמס 
װײַבס בעט ארײַן און זאָגן: ער גייט ניט ארויס, ביז דער כויוו װעט אים 
ניט געסילעקט װערן ביז א גראָשן. אזוי װײַט גראָב, אזוי װײַט ניווזעדיק 
און פיייק איז ער געווען, צאלי. 

אָפּנערעדט שוין פון א לאמדן. א לאמדן האָט ער געהאט דעם איינ- 
ציקן זון זײַנעם, שוין אן אופגעקלערטער, שוין אזוינער, װאָס ער פלעגט 
זיך שוין צווישן זײַןיגלײַכן יונגעלײַטלעך מיט זײַן טאטנס פּארנאַָסע א 
ביסל צושעמען און פון אים אויך כויזעק מאכן; איז אויך אים, אָט דעם 
איין-און-איינציקן זון זײַנעם, פלעגט ער, צאלי, אָפט אין טאטן ארײַן 
שעלטן: ,א רועך אים אין זײַן טאטן און אין זײַן טאטנס טאטן, - 
פלעגט ער אים אין פּאָנעם שרײַען, -- װײַל ער האָט א טױגעניכטס א 
זון -- א קענער, אן אופגעקלערטן שלימאזל, װאָס ער לעבט פון זײַן 
טאטנס ביזיוינעס און פון אָרעמען װאַכער... 

און אָט אף איינעם פון די צוויי האָט איצט סרולי מיט זײַן איניען 
געווארט. 


205 


ארויסגעקומען דער ערשטער איז דאָס מאָל צאלי, צון וועמען סרולי 
האָט, אים דערזעענדיק, גלײַך פון זײַן אָרט זיך אָפּגעטײלט און זיך אים 
אנטקעגן געלאָזט. 

מיר ווייסן ניט, װוי װאָלט געוען, ווען ס'באגעגנט אים צום ערשטן 
שאָלעם שמאריאָן; װי װאָלט יענער אים אופגענומען בא דער באגעגעניש, 
נאָך דעם, װי ער האָט אים נעכטן געזען בא זײַן ביזאָיען, ווען מוישע 
מאשבער האָט אים פון שטוב ארויסגעטריבן, און נאָך דעם, װאָס ס'איז 
אין שטוב דאָרט געשען. 

צאלי אָבער, װאָס אים איז אלציינס יאָ ביזאָיען, צי ניט ביזאָיען, זײַנען 
מיר זיכער, אז װען ער זאָל אפילע יאָ געוען זײַן דערבײַ, װאָלט דאָס 
אים אויך פאר קיין שטערונג ניט געדינט פון דערנאָך מיט אים אין 
װאָסעריניט-אי מאסעמאטן ארײַנצוטרעטן.. ביפראט, אז ער איז ניט 
בײַגעװען, אוביפראט נאָך, אז צװישן די ערשטע וװערטער, װאָס סרולי 
האָט אים, װען ער איז נאָר צו אים צוגעגאנגען, א זאָג געטאָן דאָס 
װאָרט ,געלט", און אָט דאָס װאָרט, װוי באװוּסט, װאָלט צאלין אפילע פון 
שװוערסטן שלאָף אופגעװועקט, װײַל וויבאלד געלט, שטעלט ער זיך פאר 
גאָרנישט ניט אָפּ: זאָל זײַן פון וועמענס הענט, אבי נאָר דאָס ארײַנצו- 
באקומען, װײַל געלט, זאָגט צאלי, האָט קיין רייעך ניט: -- איז אָט, אז 
צאלי האָט פון סרולין אָט דאָס װאָרט דערהערט, האָט ער זיך גלײַך 
אָנגעשפּיצט: ער האָט דערשפּירט געשעפט, און כאָטש שוין שפּעט -- 
שוין אפדערנאכט קימאט, און כאָטש נישט אפן אָרט -- אינמיטן טראָ- 
טואר, אפן גאס גאָר, און כאָטש אויך דער מענטש, װאָס איז איצט פאר 
אים געשטאנען, אן אויסטערלישער און גאָר ניט קיין געשעפט-מאן, װי 
ער האָט געװוּסט, דאָך האָט ער אן אױער צוגעליגט און גרײט 
געווען יענעמס פאָרשלאָג אָדער יענעמס װאָסער-יניט-איז איניען אויסצו- 
הערן. 

-- ער האָט צו פארטאָן געלט אף איסקע, -- האָט סרולי געזאָגט צו 
צאלין, -- און ער זוכט א באָטועך, ער ויל דאָס אין זיכערע הענט 
אָפּגעבן, װי, לעמאָשל, צו אזא װי מוישע מאשבער. אפן פּראָצענט װועט 
ער זיך ניט איבעריק שטעלן, דעריקער אין אים -- אבי א באָ- 
טועך. 

צאלי האָט, דאָס דערהערנדיק, אף סרולין א מעשונע קוק געטאָן. ער 
איז געווען פיל העכער פון אים אין װוּקס, און ער האָט אים אפן קאָפּ א 
קוק געטאָן, װי ארײַנקוקנדיק אים אהין, צו זען, צי איז ער באם גאנצן 
זינען... 

דאָס מאָל האָט זיך שוין אפילע צאלי פארכידעשט און האָט זײַנע 
אויגן ניט געגלייבט. געגלייבט האָט ער, אז אזא װי ער, װי סרולי, װעט 
זיך געוויס צו אים ווענדן וועגן א קליינער האלװאָע פאר זיך אף גרויסע 
פּראָצענטן, װי געוויינלעך אן איינער פון אזא גראד און לאגע: און 
דעמלט, ווען אזא פאָרשלאָג װאָלט פון סרוליס זײַט געקומען, װאָלט זיך 
צאלי צוערשט באדארפט היפּש באטראכטן, לאנג זיך איבערלײגן, פיל 
זיך אָנפרעגן, דערנאָך ערשט פאָדערן אָרװעסן און מאשקאָנעס. איז אָבער 


125 206 


פּלוצעם -- נא דיר גאָר אזא זאך: סרולי לייגט גאָר פאָר געלט אף פּראָ- 
צענט צו געבן, אי דאָס, װײַזט אויס, ניט קיין קליינע סומע, און ער קוקט 
ניט, זאָגט ער, אף קיין פּראָצענטן, אבי א גרויסן באַָטועך. 

ער האָט דערום אים אָנגעקוקט און בא זיך דעם כידעש ניט געקאָנט 
אופהאלטן. 

-- ער, סרולי, געלט אנטלײַען? -- האָט ער איבערגעפרעגט מיט האלב 
שפּאָט, האלב פארװוּנדערט. 

-- נו, יאָ, איז װאָס? -- האָט סרולי געפרעגט. 

-- פונוואנען קומט צו אים געלט? 

-- װאָס איז זײַן זאך? מע לייגט אים פאָר, זאָל ער ענטפערן: יאָ צי 
ניין. אויב ניט, װעט ער ערגעץ אנדערש גיין. װעט ער עמעצן אנדערש 
פאָרלייגן. 

צאלי איז געווען פארלוירן. ער האָט זיך געייַשעװט מיט דער דייע. 
צי זאָל ער יאָ, צי זאָל ער ניט גלייבן, װײַל עפשער האָט ער גאָר פאר 
זיך א כאָסערדײע, װאָס די גאָרע רייד מיט אים זײַנען איבעריק. 

אן אנדערער אף זײַן אָרט, גלייבן מיר, װאָלט גיכער אף יאָ מעשוגע 
װי אף ניט באשלאָסן, ער װאָלט אױסגעשפּיגן, זיך אָפּנעקערעװעט און 
אוועקגעגאנגען. 

צאלי אָבער, װאָס איז, װי געזאָגט, אפן איניען געלט א ביסל קראנק 
געווען, װאָס וויבאלד געלט, זײַנען אלע אומגלײבלעכקײַטן גלייבלעך, 
און אלע מעשוגאסן לייגן זיך אפן זינען -- צאלי האָט, עמעס טאקע, 
געצווייפלט, אָבער פאָרט האָט ער זיך אן אָרט געלאָזט אף טאָמער אויך 
ניט, און עפשער איז די זאך פאָרט דאָך ערנסט. 

ער האָט דערום, קעדיי אױספּרוּוון סרולין, זיך נאָכאמאָל געװענדט 
צו אים און בא אים א פרעג געטאָן: 

-- און ווען קאָן ער דאָס צושטעלן, דאָס געלט? 

-- ווען? ווען ער װעט װעלן, װען ער װעט דארפן, אפילע הײַנט, 
אפילע שוין, -- האָט סרולי געענטפערט און האָט זיך באלד מיט דער 
האנט צו דער בוזעם-קעשענע גענומען, גלײַך ער איז גרייט באלד טאקע 
פון דאָרט, פון דער בועםיקעשענע, דאָס אריסצונעמען און 
באװלַזן. 

-- ניין, מע דארף ניט, ס'אײַלט ניט, מ'האָט צײַט, --האָט צאלי גע- 
זאָגט, און שוין גלייבנדיק און איבערצײַגט זײַענדיק, האָט ער סרוליס 
האנט פון אין קעשענע ארײַנצוטאָן װי אָפּגעהאלטן, -- איצט דארף מען 
ניט, -- האָט ער געזאָגט, -- שפּעטער, ער װעט זען, ער װעט זיך אָנ- 
פרעגן, זיך דערוויסן, װעט ער אים צו וויסן געבן, סרולין. 

-- איז זאָל ער זשע דאָס געדענקען, האָבן אין זינען און מאכן װאָס 
גיכער, -- האָט סרולי געזאָגט, און באלד האָט ער זיך אויסגעקערעװועט 
און צאלין, װי ער איז צום אָנהייב א פארװוּנדערטער געשטאנען, אזי 
האָט ער אים אויך איצט אין פארװוּנדערונג געלאָזט. 


207 





מיר ווייסן, אז דאָס, װאָס מיר האָבן דאָ נאָרװאָס דערציילט, װועט 
ארויסרופן מיספארשטייעניש און פראגעס: 

-- וי קומט צו סרולין גאָר געלט? װאָס איז ער פאר א צאָלער, װאָס 
פאר א געלט-אנטלײַער? פון װאָס פארא מיטלען און פון װאָס פארא 
פארבאָרגענע קניפּלעך? 

איז אָט. קעדיי דערוף צו ענטפערן און דאָס צו דערקלערן, מוזן מיר 
זיך אומקערן צו יענעם געשפּרעך זײַנעם מיט לוזין, װאָס ער האָט בא 
אים מיט א טאָג פריער אינדערפרי געבעטן און פארנאכט מיט אים גע- 
האט, און װאָס, איבער געוויסע טײַמים האָבן מיר אפן געהעריקן אָרט זיך 
אָפּגעהאלטן פון אים צו געבן, אים דורכגעלאָזט און פארשויגן. 

איצט קערן מיר זיך צו אים אום; 

אז סרולי איז יענעם פארנאכט, וי אָפּגערעדט געווען, ארײַן צו לוזין, 
האָט ער אויסגעזען, װי איינער, װאָס אָדער ער איז ניט דערשלאָפן 
אָדער ער אין צופיל איבערגעשלאָפן, װען אפן הארצן איז אים זייער 
זויער. ער האָט אָנגעהויבן זײַן געשפּרעך בייז, אופגערעגט, קוקנדיק אין 
א זײַט, װי זוכנדיק זיך אומזיסט און אומנישט זײַן מיטשפּרעכער אָנ- 
צוטרעטן. 

ער האָט גלײַך, װי ער איז ארײַנגעקומען, א זאָג געטאָן: 

-- ער איז געקומען צו לוזין, װײַל אויסער אים האָט ער דאָ אין שטאָט 
קיינעם. אלע זײַנען דאָ אָדער פערד, אָדער בעהיימעס, אָדער מענטשן 
ענלעכע צו זיי. 

אָט אזוי, אין אָט דעםיאָ טאָן, האָט ער א שטיק צײַט א שטיק ביזן 
געשפּרעך געפירט, ביז ער איז לעסאָף אלץ ווייכער און צוגעלאָזטער גע- 
װאָרן און ארויסגעפאָרן מיט דעם, צוליב װאָס, אייגנטלעך, ער איז גע- 
קומען. 

ער האָט דערציילט: 


8 8 :. 


ער מוז אים דאָ אָנהייבן, לוזין, גאָר פון לאנג. ער האָט זיך דער- 
צויגן אין א קליין שטעטל אין גאליציע, אזש באם טײַך סאן, בא אן 
אלטן, זייער רײַכן און שטארק קאפּריזן זיידן. דער זיידע האָט אמאָל 
געהאלטן גרויסע פּאָסעסיעס, דערנאָך א גרויסן פּריצישן װײַנשענק, 
דערנאָך, אז ס'האָט אים געטראָפן דאָס אומגליק, וועגן וועלכן סוועט 
באלד דאָ די רייד זײַן, האָט ער אלע געשעפטן אָפּגעלאָזט, זיי צו געלט 
געמאכט, זיך פארשלאָסן און פון דער וועלט אָפּגעזונדערט.. 

זײַן מוטער האָט ער פרי אָנגעװוירן. ניט זי איז געשטאָרבן, נאָר, וי 
ער האָט אין דער פריסטער יוגנט געהערט, איז זי , אנטלאָפן". און דאָס 
איז פארן זיידן א דרײַענדיקער אומגליק געווען. ערשטנס, װײַל ער איז 
געבליבן עלנט: קיין װײַב, קיין קינד, קיין זין און טעכטער מער; צווייטנס, 


12- 9 208 


א א א 


איז דאָס אנטלויפן אליין א מוירעדיקע שאנד דאָך: און דריטנס, איז זי, װי 
ער האָט געהערט, נאָך ניט מיט קיין ייַד אנטלאָפן... -- ,ערגער", -- האָט 
מען שטילערהייט צוגעגעבן און אף אים, אף סרולין, אפן קינד, אָנגעװיזן. 
װאָס ,ערגער? -- האָט ער ניט געװוּסט. געװוּסט האָט ער נאָר, אז נאָך 
איר אנטלויפן האָט ער אויך זײַן פאָטער אָנגעװוירן. 

דער פאָטער איז פון שטוב פארשװוּנדן, און ער איז געבליבן א קײַלע- 
כיקער יאָסעם, אָן טאטע-מאמע, און נאָר אפן אלטן זיידנס אויסהאלט, 
דערציונג און האזשגאָכע. 

דעמלט האָבן זיך דעם זיידנס קאפּריזן, װאָס זײַנען אזוי אויך, װײַזט 
אויס, היפּש געווען, מאכמעס דעם אומגליק נאָך פארשטארקט. ער האָט 
זיך, וי געזאָגט, פון דער וועלט אָפּגעזונדערט, זיך אין ערגעץ ניט געוויזן 
און קיינעם ניט אופגענומען. ער האָט זיך אויך געלאָזט בויען א באזונדער 
שולעכל. ,יעדידיעס שולעכל", -- האָט מען עס גערופן, װוּ ער און נאָר 
אן איינציקער, געציילטער און באצאָלטער מיניען אָרעמע ייִדן האָבן דאָרט 
געדאוונט. אויך א באָד. ,יעדידיעס באָד", --- האָט מען זי גערופן, װוּהין 
ס'איז קיינער, אויסער די זײַניקע, ניט ארײַנגעלאָזט געװאָרן. 

ער פלעגט גאנצע טעג לערנען, און מער װי לערנען פלעגט ער אָפט 
זיצן פארטראכט אפן באנק-בעטל, װאָס אָן א ווענטל. דעם קאָפּ פארװאָרפן, 
אין דער וואנט אָנגעשפּארט, און פונעם שטענדיקן אָנשפּארן זיך אין יענער 
וואנט איז אף יענעם אָרט א שטענדיק אויסגעריבן גריבל אָנצוזען געווען, 
ניט געטינקעוועט און קויטיקלעך. 

ער, סרולי, האָט זיך אין א װײַטלעכן, אָפּגעזונדערטן כיידער אופגעהאלטן, 
װאָס מיטן זיידנס האָט ניט צו טאָן געהאט און װאָס א באזונדערער ארויס- 
גאנג האָט אויך געפירט צום דרויסן. בייזלעכע מעלאמדים און אלטע אומ- 
פּרײַנטלעכע מעשאָרסים און דינסטן האָבן אים געלערנט און אונטער זייער 
שמירע געהאלטן, און צום זיידן האָט ער זיך ניט אָנגעקערט. דער זיידע 
האָט אים קיינמאָל צו זיך ניט גערופן. נאָך מער: װײַזט אויס, אז סאיז 
אויך פארזאָגט געווען, אז מע זאָל אים ניט צולאָזן, ווען ער, דאָס קינד, 
װעט אפילע װעלן. ער האָט דאָס געפילט, און נאָר זעלטן דערום, נאָר 
ווען דאָס הארץ האָט אים א צי געטאָן פון גרויסן קינדערשן עלנט, האָט 
ער, קעגן דעם אָנזאָג און פארבאָט, אפן זיידנס שװעל זיך באוויזן. 

ער האָט אים אָפט געטראָפן זיצן א פארטראכטן, מיטן קאָפּ אין וואנט 
אָנגעשפּארט, די אויגן צוגעמאכט, די באָרד ארופגעסטארטשעט, און אלע- 
מאָל האָט ער אים געהערט עפּעס איינע און די זעלבע ווערטער ארויס- 
זיפצן: אוי לי לביתי... אוי לי לביתי.. 1 

אז דער זיידע פלעגט אים אמאָל דערזען, פלעגט ער זיך צוערשט דער- 
שרעקן, גרויסע אויגן עפענען, גלײַך ניט וויסנדיק, ער ער איז און 
פונוואנען ער האָט זיך גאָר צו אים אין שטוב גענומען. דערנאָך פלעגט 
ער זיך א כאפּ טאָן, אים צורופן, און אפגיך און ציטעריק אים װוי װעלן 
אָנטאפּן, א גלעט טאָן; אָבער באלד האָט ער זיך װי אין עפּעס דערמאַנט, 


וויי צו מיר און צו מײַן הויזגעזינד, 


209 


דעמלט פלעגט ער אים מיטאמאָל פון זיך א שטארקן שטויס טאָן און א 
זאָג געבן אזוי, אז נאָר ער, דאָס קינד אליין, און ניט אפילע די ווענט און 
שטוב זאָלן הערן: -- מאמזער... מאמזער בען האנידע... ער, דאָס קינד, 
פלעגט, די ווערטער ניט פארשטייענדיק, זיך פארן זאָג דאָך דערשרעקן, 
אוועק, און אף לאנג, ביז א צווייט מאָל, ביז דאָס הארץ האָט אים ווידער 
ניט א צי געטאָן... דעמלט פלעגט ער װײַטער אף דער שװועל זיך װײַזן און 
ווידעראמאָל אָפּגעשטױסן ווערן און אף מער און אף לענגער שוין דאָס צו 
פארגעדענקען. 

אזוי האָט ער זיך דערצויגן, ביז דער זיידע איז שוין אלט געװאָרן און 
באדארפט שטארבן. 

דעמלט האָט ער אײנמאָל צונויפגערופן די פּנײי פון שטאָט, די שענ- 
סטע, די כאָשעװסטע, װאָס די לעצטע יאָרן האָט ער זיך, מאכמעס בושע, 
פון זיי דערװײַטערט, און װאָס אויך זיי, פון זייער זײַט, האָבן אים גע- 
שאנעוועט און אין זײַן שאנד און אומגליק ניט געװאָלט זען, -- האָט ער 
זיי צונויפגערופן און זיך געלאָזט א צאװאָע שרײַבן. 

ער האָט קיינעם ניט געהאט צו באזאָרגן, אויסער א ביסל אף אוילע- 
מעס, װי ס'פירט זיך, און דאָס איבעריקע אלץ האָט באדארפט געהערן 
אים, דעם קינד, דעם איין-און-איינציקן יוירעש זײַנעם. 

האָט זיך אָבער ארויסגעשטעלט, אז שוין אף דער שװעל פון קייווער 
זײַענדיק, האָט דער זיידע נאָך אלץ דעם ביזאָיען ניט פארגעסן, װאָס זי, 
די טאָכטער זײַנע, די מוטער פון קינד, האָט אים אָנגעטאָן אף דער 
וועלט, און װאָס ער איז זיכער געוויס, אז אויך אף יענער װעט דאָס 
אים אנטקעגן גיין, מע װועט עס אים דערמאָנען, און אוואדע דארף ער זיך 
אלע האָר פון קאָפּ אױיסרײַסן; איז אָט, דאָס געדענקענדיק, האָט ער, ניט 
געקוקט, װאָס אלע פּנײי האָבן זיך אים אנטקעגנגעשטעלט, מיט אים פיל 
געטײַנעט און זיך באמיט אים צו איבערצײַגן, אז ,װאָס אין דאָס קינד 
שולדיק, א קינד איז א קינד, אאוו.", --- האָט ער זיך געהאלטן בא זײַנס, 
און איינמאָל פאר אלעמאָל געװאָלט דאָס קינד מאווערינאכלע זײַן אים 
פון יערושע אָפּזאָגן. 

ער האָט הארט און ביטערלעך איינעם נאָר א פּאָסעק געהאלטן אין 
איבערכאזערן, אז ,, משרש נחש יצא צפע"--אז פון א שלאנג, הייסט עס, 
קאָן קיין בעסערס פון קיין שלענגל ניט ארויסקומען. און װײַטער און 
קיין איבעריקס האָט ער זיך ניט געלאָזט ריידן. דאָך, -- נאָך לאנגע רײַעס, 
װאָס אלע אנדערע, די פּנײי, האָבן פון געוויסע, גרויס-באװוּסטע ספאָרים 
געבראכט און פון דאָרט דעם הײיפּעך פון זײַן װוילן אים באוויזן, אויס- 
געדרונגען און אים איבערצײַגט, אז ער גרײַזט, -- האָט ער זיך אונטער- 
געגעבן, א ביסל אָפּגעטראָטן און שוין באשטאנען אף פאָלגנדיקן: ביז דאָס 
קינד װעט אויסוואקסן, דארף זײַן דערציונג גיין, װי זי איז ביז אהער 
געגאנגען, אף זײַן, דעם זיידנס, הייסט עס, אויסהאלט: װאָס, אגעוו גע- 
זאָגט, האָט מען מיט אים וועגן דעם ניט איבעריק באדארפט האָרעװען 
װײַל דאָס האָט ער זיך אלין פאר מעכוּיעוו געהאלטן. װײַטער אָבער 
דאָס, װאָס ער האָט זיך געהאלטן פאר נישט מעכויעו, האָבן שין 


20 


יענע, די פּנײ, בא אים אויסגעריסן, אויסגעדונגען, און א צווייטן פּונקט 
מיקויעכן קינד ארײַנגעשטעלט, און נעמלעך: א געוויסע, גרויסע סומע 
װערט פאר אים אין זיכערע הענט פון גרויסע באָטוכים אוועקגעלייגט, 
אז אין פאל (אָט דעם טנײַ האָט װידער דער זיידע געפאָדערט ארײַנצוי 
שטעלן און אויסנעמען, װײַל אנדערש יל ער ניט, אנדערש באשטײט 
ער ניט), אין פאל, אויב ער וועט גיין אין די גוטע וועגן, די געװוּנטשענע 
פאר אים, פארן זיידן אליין, און פארן גאנצן קאָהאָל געװוּנטשן, און ער 
װעט אָפּהיטן אלץ, װאָס דער ייַדישער דין און דאס! פאָדערט, דעמלט 
װעט מען אים זי, אָט די סומע, צו א געוויסן עלטער זײַנעם מעגן ארויס- 
געבן. --,,פארװאָס נעמט ער אזוי אויס??---,װײַל, -- האָט דער זיידע צו" 
געגעבן שוין מיט א שלאבעריק מויל, אָבער נאָך מיט א הארבן װאָרט 
און באָטוכעס, -- װײַל, עמעס, ער האָט זיך פון ייִדן, װאָס עפשער וייסן 
זי מער פון אים, פארשטייען מער --זיך געלאָזט איבעריידן, און ער 
גיט נאָך;: אָבער ער האלט זיך בא זײַנעם--- און זײַן גרויסן אומגליק 
טראָגט ער אין הארצן און פירט אים אויך אין קייווער אװועק - אז וו 
איז זײַן אומגליק, נאָר פאר גאָט און פאר מענטשן אין דאָך ניט צו 
לייקענען, אז בלוטן האָט ער טרייפע, און פון אזוינעם קאָן מען װער 
ווייסט װאָס נאָך צו דערווארטן; אזוי, אן העלפן אזוינע איז ער ניט 
מעכויעוו, אָבער אזויווי ער קאָן דאָס ניט פאָרויסזען, איז זאָלן גאָט און 
מענטשן זען, און שפּעטער, אין דער ריכטיקער צײַט, מישפּעטן..? 

-- ער וויל דאָ, אגעוו, צוגעבן, סרולי, אז װען ער האָט וװעגן דעם 
דעמלט דערהערט, -- װײַל אין דער גאנצער שטאָט, פארשטענדלעך, איז 
וועגן דעם דעמלט די גרויסע רייד געגאנגען און אויך אין שטוב באם 
זיידן, צװישן די ראביייַם, דינסטן און מעשאָרסים, --- איז אָט, אז צו זײַן 
אויער זײַנען דערגאנגען די װערטער, װאָס פיל מײַלער האָבן דעמלט 
געהאלטן אין איין איבערכאזערן: ,, מאווער-נאכלע זײַן", ,יערושע", ,, געלט" 
אאוו. -- איז געדענקט ער ניט, צי אין ער גראָד דעמלט טאקע עפּעס 
ניט געזונט געווען, צי דערוויסנדיק זיך וועגן דעם, האָט דאָס אליין אף 
איִם מיטאמאָל אזוי קרענקלעך געװירקט, --אזוי צי אזוי, נאָר אז ער 
האָט איינמאָל בא אזא געשפּרעך דערהערט דאָס װאָרט ,געלט", האָט 
ער מיטאמאָל דערשפּירט, װי עפּעס א קאָפּװײטעק און א ניטגוטקײַט-- 
ביז אין בויך ארײַן און ביז די קישקעס, און פון דעמלט אָן רופט בא 
אים אלעמאָל ארויס דאָס װאָרט דאָס זעלבע קימאט, װי דעמלט--א 
שרעקלעכן עקל, ניט נאָר צו דע ם אליין, נאָר אויך צו אלע די אפילע, 
װאָס האָבן דאָס און פארמאָגן.. 

ער האָט דעמלט דערפילט דעם טאם פון עלנט און פון אָפּגעשטױסן 
זײַן אפילע פון דעם, װאָס װאָלט אין א געוויסער מאָס זײַן עלנט געקאָנט 
לינדערן -- פון זיידן. באזונדערס האָט צר דאָס דערפילט די לעצטע טעג 
פון פאר דעם זיידנס שטארבן. ווען די שטוב איז שוין געװוען אָפן פאר 
פארשיידענע מענטשן אין שטאָט, װאָס זײַנען געקומען מעוואקער-כוילע 


1 געזעץ. 


21 


זײַן, און אויך פאר אנדערע, װאָס פריִער האָט מען זיי, איבער די אויבן 
דערמאָנטע טײַמים -- איבער דעם זיידנס אָפּגעזונדערטקײַט -- קיינמאָל ניט 
געזען; איצט, װען אלע טירן שוין אָפן, און װער ס'האָט געװאָלט, אין 
ארײַן און ארויסגעגאנגען, האָט אויך ער, דאָס קינד, איינמאָל זיך דער- 
לויבט צום זיידן אין שטוב ארײַנצוקוקן. ס'איז שוין געווען פאר לעצט.. 
אָבער ווען דער זיידע האָט אים דערזען, האָט ער אפילע דעמלט געדענקט 
און אים אפילע אף די אויגן ניט געלאָזט, ער האָט, אים דערזעענדיק, זיך 
צעוויינט. און מיט א שוואכער גסיסע-האנט אן אָפּטרײַבנדיקן מאך געטאָן: 

-- זאָל ער, הייסט עס, אװעקגיין, זיך אים פאר די אויגן ניט װײַזן 
און אים זײַנע לעצטע מינוטן ניט פארפינצטערן.. 

דער זיידע איז געשטאָרבן. 

ער ויל דאָ ניט דערציילן, װאָס ער איז אויסגעשטאנען-- פריִער בא 
די אָפּעקונעס פון זײַן אייגענער שטאָט, פון זייערע קינדער, און ביכלאל 
פון שטאָט-קינדער, איבער דעם צונאָמען, װאָס איז אים נאָכגעגאנגען און 
האָט אים באלייט, זינט ער איז ארויס פון זיידנס שטוב און פון אונטער 
דער האזשגאַכע פון יענע מענטשן, וועלכע זײַנען פון זיידן געשטעלט 
געװאָרן אים צו שיצן. 

ער וויל אויך ניט דערציילן פון דעם, װאָס ער איז שפּעטער אויס- 
געשטאנען פון אנדערע אָפּעקונעס פון אנדערע שטעט, װוּהין די ערשטע, 
די זײַןישטאָטיקע, האָבן אים איבערגעפירט, זעענדיק, אז אין דער היים, 
בא זיך, װעט אזא, װי ער, צו קיין רו און צו קיין טאכלעס ניט קאָנען 
קומען, ניט אין דער יוגנט און אויך ניט שפּעטער, ווען ער װועט עלטער 
ווערן, מאכמעס דעם שלעכטן שעם, װאָס באלייט אים. 

אָט דער שלעכטער שעם האָט אים אָבער אויך אין אנדערע שטעט בא- 
לייט. ניט געקוקט אף זײַנע גוטע פּײיַקײַטן, אף זײַן װילן צו לערנען און 
קענען לערנען, האָט זײַן צונאָמען אים גערויבט די רו באטאָג, דעם שלאָף 
באנאכט, און פארקערט: אָט די אלע זײַנע מײַלעס און דאָס אויסצייכענען 
זיך אין לערנען האָט ארויסגערופן און געשאפן א באציונג צו אים א 
פארקערטע צו דער, װאָס אזוינע אייגנשאפטן רופן ארויס בענעגייע אנ- 
דערע. פארקערט, אָט די פײיַקײַטן האָט מען צוגעשריבן ניט אים אלין, 
װי די אלע אנדערע, ווען זײי פארמאָגן אזוינע, נאָר ווידעראמאָל דעם 
צונאָמען, דה. דער אויסטערלישער געבורט-לאגע זײַנער, װי אלע אזוינע, 
וועלכע מע טיילט אויס און מע האלט די מײַלעס זייערע ניט פאר זייערע, 
נאָר װי פון אויסן זיי געקומען, װײַל די ,, קעפּ* זייערע --, מאמזער-קעפּ?.. 

אזוי איז ער זײַן גאנצע יוגנט ארומגעגאנגען געדריקט, ער האָט זיך 
קיין אָרט ניט געפונען, און איינער נאָר א טרוים האָט אים באהערשט: 
װאָס גיכער עלטער וװערן, קעדיי ארויס פון רעשוס פון די אלע, וועלכע 
האָבן, לויט זײַן לאגע און לויט דעם זידנס צאװאָע, געהאט צו זאָגן 
אף אים --ארויס, הען פון זייער גײַסטיקע און הען פון זײיער געלט- 
אפּעטראָפּסעס, מער יאָרן קריגן און די יערושע אין די הענט ארײַנבא- 
קומען, און דעמלט װעט ער אװעק אין אזוינע ערטער, װוּ מע קען אים 
ניט, װוּ זײַן נאָמען װעט פאר קיין פאל אהין שוין ניט דערלאנגען. און 


212 


דאָרט װעט ער אָפּרוען, טאָן מיט זיך, װאָס ער װעט װעלן, און אין דער 
שטיל באטראכטן זײַן וועג אין לעבן און זײַן טאכלעס זיך אויסטײילן 

און אז די צײַט איז געקומען, אז זײַן טרוים איז אים פארווירקלעכט 
געװאָרן, איז זײַן פרייד אזוי גרויס געווען און אלע פארבאָרגענע קויכעס 
האָבן אין אים אזא רעד און שטראָם געטאָן, אז ער איז קראנק געװאָרן. 

דעמלט האָט ער זײַן ערשטע קרענק באקומען-- די, װאָס איז בא- 
שטאנען אין דעם, װאָס ער האָט זיך אײַנגערעדט, אז ער מוז געפינען 
זײַן מוטער. ער מוז זי ווען-ניט-איז דערזען, זי װעט אים אומגעריכט 
אנטקעגן קומען און זיך צו אים דערקענען. ער פלעגט ארומגיין א דולער: 
אין יעדער אומבאקאנטער האָט ער געגלייבט זי צו באגעגענען אין א 
יונגער -- ווען ער איז נאָך יונג געווען, אין אן עלטערער ---ווען ער איז 
שוין עלטער געװאָרן; און ס'איז דערגאנגען אזוי װײַט, אז ער האָט 
אייניקע מאָל אפילע גאנצע רײַזעס פירגענומען אהין, אין די ערטער, װוּ 
זײַן געבורט-שטאָט איז געלעגן. ער האָט פון ארום, בא וועמען נאָר 
מעגלעך, אף איר זיך אָנגעפרעגט, זיך געלאָזט געלט קאָסטן, אז אנדערע 
זאָלן אים העלפן זוכן, און ס'איז אים ניט געלונגען, און נאָך יעדער 
אזא-אָ רײַזע האָט ער זיך צוריק צו זײַן אָרט אומגעקערט א צעבראָכענער, 
אן אױיסגעשעפּטער, און, װי פון א הויך אָרט אין א טאָל אראָפּגעװאָרפן, 
איז מיט זײַן גאנץ זעקל מידע ביינער אף א לאנגער צײַט אזוי ליגן 
געבליבן, ביז ס'איז אים איבערגעגאנגען, ביז ער האָט וידער, אזוי-אַ 
ליגנדיק, קויכעס אָנגעזאמלט, און ביז ער האָט זיך וידער פון יענעם 
טרוים אָנגעפילט, און גענומען גלייבן צו קענען אים פארווירקלעכן -- 
און דעמלט האָט ער זיך ווידער אף זוכערײַ געלאָזט. 

אזוי עטלעכע מאָל, ביז ער האָט זיך אינגאנצן מעיאעש געווען און פון 
ייִעש זי פארגעסן... און דעמלט איז אים די צווייטע שלאפקײַט אונטער- 
געקומען, יענץ, װאָס איזן אים נאָך אין זײַן פריסטער יוגנט באפאלן, 
ווען ער האָט דאָס ערשטע מאָל, ווען מע האָט אין זײַן זיידנס שטוב פון 
זײַן יערושע גערעדט, -- געבראָכן, ס'האָט זיך אים איצט אָפּגערופן מיט 
אזא שטארקײַט, מיט אזא קראפט, אז אלץ, װאָס האָט אים א מינדסט נאָר 
דערמאַנט אין דעם, האָט בא אים ארויסגערופן דאָס זעלבע, װי דעמלט. 

דעמלט האָט ער אויך א ניידער און א שװוּע געגעבן, פון זײַן אייגנס, 
װאָס ער האָט אצינד, און װאָס ער װעט אמאָל נאָר האָבן, זיך אָפּצוזאָגן, 
דערפון קיין האנאָע ניט האָבן, --ניט נאָר די האנאָע פון פאר זיך אליין 
דאָס אויסצונוצן, נאָר אויך אפילע פון דער האנאַָע אן אנדערן דערמיט 
גוטס צו טאָן. ער האָט ניט געקאָנט פארלײַדן, װוען קאפּצאָנים ווילן זיך 
זען באגליקט, ארויס פון זייער שטאנד און איבערגיין צו א העכערן, צו 
א מער גליקלעכן. 

דעמלט אויך האָט ער זיך אינמיטן לעבן געבראָכן. ער האָט, לויט זײַן 
דערציונג און קענטעניש, װאָס ער האָט ביז דעמלט שוין געהאט דער- 
װאָרבן, געקאַנט גיין אין וועג, װאָס פאר אזוינע, װי ער, איז אויסגע- 
טראָטן ---א לערנער צו זײַן און זיך פארייניקן צו יענע, װאָס פון לערנען 
מאכן זיך די מעלאָכע, װי א ראָוו אא.; ביפראט ער, װאָס האָט נאָך דערצו 


213 


א היפּשן פארמעגן געהאט, װאָס דערפון און פון לערנען, וי באװוּסט, 
לאָזט זיך היפּש מאכן און זיך גאָר הויך ארופרוקן. 

ער אָבער האָט ניט אזוי געטאָן. ער האָט זיך, פארקערט, שטארק ני- 
דעריק אראָפּגעלאָזט. ס'האָט אים עפּעס א צי געטאָן אראָפּ, דערצו האָט 
זיך אים א צופאל געמאכט --א כאווער, װי ס'מאכט זיך, וועלכער האָט 
אים דעם וועג אהין געוויזן, און ער ווייסט אליין ניט, ויאזוי-- ער האָט 
דאָס קימאט ניט באמערקט, גלײַך סװואָלט מיט אים געשען אין שלאָף, 
אין א כאָלעם --נאָר מיטאמאָל האָט ער זיך דאָרט געטראָפן. 

-- װוּ? -- דאָרט, װוּ אזוינע פון זײַן שטאנד און פון זײַן לאגע טרעפן 
זעלטן; צװישן אזוינע, װאָס זעלטן, אז אזא, װי ער, פון אזא הויכן גראד, 
פרֹיֶער באם זיידן, דערנאָך אפילע בא די אָפּעקונעס זײַענדיק -- קאָן זיך 
גאָר פאָרשטעלן, אז אזוינס איז װוּ און ווען נאָך מעגלעך... , שאָפּל הא- 
מאדרייגע?! איז װייניק צו זאָגן, ניין, נידעריקער פון נידעריקן. 

-- ויאזוי ער קומט אהין און פארװאָס ער האָט זיך א שטיק צײַט 
דאָרט אופגעהאלטן? מעגלעך דערפאר, װאָס דאָרטן האָט אים קיינמאָל 
קיינער ניט געקאָנט אויסווארפן דאָס, פון וועלכן ער האָט, צװישן זײַן- 
גלײַכן זײַענדיק, פריִער, אמאָל אזוי שטארק געליטן. ניט אויסווארפן-- 
ערשטנס, דערפאר, װײַל קיינער האָט זיך מיט זײַן פארגאנגענהײַט, מיט 
זײַן שטאם און ייַכעס ניט אינטערעסירט און זיך ניט געװאָלט דערוויסן, 
און ווען אפילע יאָ, זײַנען אזוינע זאכן צװישן יענע גאָר א קליינער 
פּסול געווען, װײַל דאָרט זײַנען אל ע אזוינע. און דאָרט האָט מען געזען 
אויך פיל ערגערס... מעגלעך דערפאר... װי ס'זאָל ניט זײַן, נאָר ער האָט 
זיך דאָרט געפילט פרײַ, אופגעבונדן און אָן אלע יענע צוימען, מיט 
וועלכע די גאנצע וװעלט, אויסער יענע, צװישן וועלכע ער איז ארײַנ- 
געטראָטן, פילט זיך געשפּאנט אין זיי, געענגט און געבונדן הען בענעגייע 
מענטש צו מענטש, הען בענעגייע מענטש צו גאָט. 

ער האָט זיך געפילט אזוי, אז צוערשט האָט אים ניט געארט צו װערן 
א מעשאָרעס אין א װײַנשענק, װוּ פּאָשעטע פּוערים און געויינלעכע 
שטאָט-ילײַט פון א קריסטלעכער באפעלקערונג פלעגן טרינקען, װוּ מע 
פלעגט זיי אויסטרענצלען אין שיקרעס בין לעצט, סײַ דער באלעבאָס פון 
װײַנשענק אליין, סײַ אויך די באדינער, װאָס האָבן זיך פאר קיינע פּאס- 
לאָנעס ניט אָפּנעשטעלט, פאר קיינע מיִעסקײַטן ניט, אפילע ביז גנייווע... 

ס'האָט אים אויך ניט געארט דערנאָך, נאָכן שענק, מיט אייניקע פּאר- 
שוינען ארומצוגיין איבער די הויפן, װוּ איינער האָט געשפּילט אֹף א 
פידל, און ער -- אף א פלייט, אף וועלכן מע האָט אים אין א קעלער-לאָך- 
קאָמפּאניע אויסגעלערנט און מיט אים לאנג אײַנגעשטודירט. ער איז 
אומגעגאנגען מיט ייַדן און אויך מיט ניט-ייִדן-קאָמפּאניאַנען, מיט וענ- 
גערס, מיט מאָלדאוואנעס און אנדערע, פריִער נאָר אין זײַן געבורט- 
לאנד, דערנאָך אויך גרענעצן געשמוגלט און אויך אין פרעמדע לענדער 
זיך אומגעשלעפּט. 


: נידעריקע שטופע. 


24 


ס'איז געווען סאמע אין ברען פון זײַן יוגנט. און פארשטענדלעך, אז 
,צו אכצן יאָר -- צו כופּע", װי ס'איז אָנגעזאָגט און געבאָטן צו מענטשן, 
װאָס לעבן אין געוויינלעך אָנגענומענע זיטן און אײַנגעשטעלטן שטי- 
גער, האָט ער שוין ניט אויסגעפילט. ער האָט שוין געלעבט און זיך 
אופגעפירט, וי יענע, װאָס זײַנען אזוי װײַט פון שטייגער, און װאָס קיין 
שום פארבאָטן האלטן זי ניט אָפּ און שטייען זיי אין וועג ניט.. ער 
האָט אויווער געווען אף אלץ, אף װאָס פאר אן אוויירע נאָר ס'איז אים 
צו דער האנט געקומען, ביז די ערגסטע, הארבסטע, ביז אזוינע, װאָס 
ס'איז ניט קעדײַ אפילע פארן מויל צו ברענגען. 

ער האָט דעמלט אזוי װײַט געהאלטן, אז ער האָט שוין אפילע ניט 
געדענקט קיין אוויירעס פאר אוויירעס. ער האָט אלץ געטאָן אזוי וי אין 
אומשולד, נישט טראכטנדיק און נישט געדענקענדיק אפילע דערבל, אז 
אנדערע טוען אנדערש און אז ער איז נאָרװאָס אוועקגעגאנגען פון א 
טוירע, אין וועלכער ער האָט שוין זייער װײַט געהאלטן, און װאָס זײַענ- 
דיק און האלטנדיק זיך בא איר, האָט אים קײינמאָל אפן זינען ניט געקאָנט 
קומען, אז אזוינס, װאָס ער טוט איצט, איז גאָר מעגלעך און איז אין 
מענטשלעכן געדער. 


מיט איינעם װאָרט, ער איז װײַט פארגאנגען, אזוי װוײַט, אז ווען ער 
האָט איינמאָל, נאָך זייער א שענדלעכער מײַסע, זיך געכאפּט, האָט ער 
די מוטער זײַנע אף צוריק ביז אין זײַן געבורט ארײַן פארשאָלטן, און 
אף זײַנע ליפּן זײַנען אים געקומען יענע װערטער, מיט וועלכע דער 
זיידע פלעגט אים אין דער יוגנט, ווען ער פלעגט זיך צו אים אמאָל אין 
שטוב ארײַנשטעלן, באגעגענען, -- די װוערטער: ,, מאמזער"... ,מאמזער בען 
האנידע.... 


יאָ, ער מוז זיך מוידע זײַן, אז די גאנצע יענע צײַט האָט ער קעסיי- 
דער געפילט עפּעס ענלעכס אף דעם, פאר װאָס דער זיידע זײַנער פלעגט, 
איִם דערזעענדיק אמאָל, אים װי ניט װעלן דערקענען און ניט וויסן,-- 
דאָס מיינט ער דאָס, װאָס האָט אים מעגלעך געמאכט מיטאמאָל אזוי 
שארף, אזוי אומגעריכט און אזוי גוואלדיק אָן כאראָטע איבערלײַסן מיט 
זײַן אלעם פארגאנגענעם, געלערנטן און דערװאָרבענע מידעס און אָן שום 
צאר און ויי אף אָט דעם וילדן וועג פארקערעווען -- דאָס מיינט ער 
5 װאָס איז אים געקומען, געוויס, אדאנק זײַן אָפּשטאם און געבורט- 
בלוטן. 


ער האָט אויך געפילט, אז ער דארף מיט עפּעס אָט דעם פארקערעווע 
בארעכטיקן, און בארעכטיקן קאָן ער אים נאָר דערמיט, װאָס ער װעט 
װאָס װײַטער, אלץ מער אין זײַן איצטיקער לאגע זינקען, זינקען ביז 
אריבערן האלדז און אויערן, אזוי, אז ער זאָל אפילע ניט געדענקען, אז 
ער איז ווען אמאָל גאָר אין אן אנדער לאגע געווען. 


און אזוי האָטס ער טאקע געטאָן. ביז.. ער האָט זיך געכאפּט.. און 
אזויווי ער ווייסט ניט, ויאזוי ער איז געקומען צו זײַן יערידע, ויַאזוי 
ער האָט פּלוצעם און אומגעריכט פאר זיך אליין אראָפּנענידערט, אזוי 


219 


ווייסט ער אויך ניט, ויאזוי ער איז צוריק צו זײַן פריַערדיקן שטאנד 
ארוף. 

ער ווייסט נאָר, אז מיטאמאָל, אין איינעם א טאָג, האָט ער מיט אלע 
זײַנע יענע כאװיירים-לײַט פארענדיקט און איז ווידער ארוף אויבן. ער 
איז געקומען צװישן די זעלבע, פון וועלכע ער איז פריַער מיט א שטיק 
צײַט געהאט אוועק, און די גאנצע צװישן-צײַט, װאָס ער האָט פארבראכט, 
װי ניט געהער צו זײַן, זײַנען זיי אים, װי פון זינען ארויס, אָפּנעמעקט 
געװאָרן. 

ס'איז אף אים ניט צו זען געװען קיין פלעק, קיין מינע און קיין 
האװײַע פון דאָרט, גלײַך ער װאָלט דאָרט גאָר קיינמאָל ניט געווען, גלײַך 
קיין היימישער, קיין אייגענער קימאט. און נישט נאָר קיין פרעמדע האָבן 
דאָס ניט באמערקט, נאָר אפילע ער אליין --ניט. ער האָט גלײַך גענומען 
ריידן צו די, צו וועלכע ער האָט זיך איצט אומגעקערט, מיטן זעלבן לאָשן, 
װי ער האָט גערעדט פריַער, איידער ער האָט זיי פארלאָזט. אזוי, אזן 
קיינער האָט זײַן אָפּװעזנהײַט פון דער צװישן-צײַט נישט כוישעד געווען 
און זײַן מינדסטע שײַכעס-האָבן גאָר צו אנדערע, צו אזוינע, װאָס ווען 
מע ווייסט, װאָלט מען אים זיכער אף קיין שװועל ניט געלאָזט און קיין 
מינדסטע מאגע-מאסע מיט אים ניט האָבן. 

באזונדערס האָט מען ניט באמערקט דערפאר, װײַל אז ער האָט זײַן 
קאָמפּאניע פארלאָזט, האָט ער זיך ניט אומגעקערט מאמעש טאקע אהין, 
פונוואנען ער איז, אָפּגײענדיק, צו זײַן קאָמפּאניע אָנגעקומען. ניין, ער 
האָט אין א ווילד-פרעמדער שטאָט אויסגעוואנדערט, זיך אװעקגעלאָזט, -- 
אין אן אָרט, װוּ מע קען אים ניט לאכלוטן, װוּ קיין סימען פון זײַן 
יוגנטלעכער און שפּעטערער פארגאנגענהײַט איז ניט געװען אויסצוגע- 
פינען; און דאָרט, אזויווי קיינער האָט ניט געװוּסט פון אים, איז ער 
גלײַך אופגענומען געװאָרן, װי א גלײַכער צװישן גלײַכע, װי א גוטער 
לערנער, װאָס האָט זיך נאָך דערצו אויך זייער גוט געהאלטן, לײַטיש זיך 
געפירט, קיין סימען בייז ניט ארויסגעוויזן, קיין סימען פון אנדערש דענ- 
קען אָדער אנדערשדיקער אופירונג, אזוי אז ס'איז אויך ניט געװוען קיין 
סיבע פאר אן אנדער באציונג צו אים, װי צו אלע אנדערע. 

שפּעטער א ביסל האָט ער זיך אָבער ווידער א גליטש געטאָן. ער האָט 
באמערקט, אז א מין צולאָכעס וואקסט אין אים, װאָס קומט אים אָפט צום 
גאָרגל, ווארגט אים און צווינגט אים, ער זאָל ארויס פאר אלע די, װאָס 
האלטן אים פאר איינעם פון זיי אלע, --ארויס מיט ווערטער אָדער מיט 
מײַסים קעגן פיל פון דעם, װאָס פון זיי איז אָנגענומען און פון דאָר- 
דוירעס פאר הײליק געהאלטן. 

מ'האָט אים גענומען רוידעפן. ער האָט זיך דערום אויך אפן נײַעם 
אָרט ניט געהאלטן. גענומען וואנדערן, און אומעטום, איבערן זעלבן טאם, 
אַפּנעשטױסן זיך געפילט און אזוי שטארק גערוידעפט, אז אין אייניקע 
ערטער איז עס מיט אים דערגאנגען דערצו, אז מ'האָט זיך בענעגייע אים 
געשטעלט, וי צו איינעם א פּארשוין, א שטיק ווילדפלייש, װוי צו א מין 
פעלשער און באטריבער פון קאָהאָל, וועלכער רײַסט מיט זײַן עמונע און 


216 


גייט איבער צו אן אנדערער, און ער באנוגנט זיך ניט דערמיט, נאָר ער 
פארמאסערט נאָך די זײַןגלײביקע צו די פרעמדע, ווען קאָהאָל איז דעמלט 
אים ,מאטיר-דאם", מאכט זײַן בלוט העפקער, אז װער ס'ויל, קאָן מיט 
אים טאָן, װאָס ער װיל, אפילע ביז הארגענען. 


יאָ... ס'איז שוין בא אים דערגאנגען אויך ביז מעסירע. ער איז פאר 
קאס אויך דערגאנגען דערצו, אז ער האָט שוין אמאָל אויך צו א גאלעך 
ארײַנגעטראָפן און מיט אים גאָר נאָענטע באקאנטשאפט פארפירט. אזוי, 
אז ס'האָט שוין אפילע געהאלטן דערבײַ, אז זײַן זיידנס מוירעס, װאָס 
איבער זיי האָט ער אים געװאָלט מאווער-נאכלע זײַן, פון יערושע אָפּי 
זאָגן, האָבן שוין שיר ניט געהאלטן בא מעקוּיעם װערן. 


אין דער לעצטער מינוט אָבער האָט ער זיך געכאפּט און איז פון 
דערשרעק אװועק צום הײיפּעך: צו גרויסע און צו באװוּסטע ראבייַשע 
הויפן אין יענעם קאנט, װוּ ער האָט זיך דעמלט געפונען: ער האָט היפּש 
דאָרט פארבראכט, געטאָן אלץ, קעדיי צו קאָנען צושטיין צו יענע, וועלכע 
ווארעמען זיך ארום יענע גלויבנס-פּײַערן, געװאָלט מיט אלעמען באגלײַך 
זײַן, ניט איבערצוקלערן און ניט צו באמערקן דאָס, װאָס קיינע גלויביקע 
באמערקן ניט. 

ער האָט אָבער ניט געקאָנט. ער איז אויך פון דאָרט--פון אייניקע 
הויפן גאָר מיט ביזאיען און פון אנדערע נאָך מיט ערגער --פאריאָגט 
געװאָרן. און אין א לעצטן הויף האָט מען אים גאָר פאר א מעשוגענעם 
געמאכט. וען ער האָט איינמאָל דאָרט א ווילדע אוולע אײַנגעזען, װאָס 
קעדיי צו טאָן דעם רעבן פון הויף א געפעליקײַט, האָבן פיל אָנגעזעענע 
און באװוּסטע ראבאָנים א בעפיירעשן דין געפעלשט, אים פארדרייט און 
אים אױסגעטײַטשט, װי ער האָט זיך בעשום-אויפן ניט געלאָזט אויס- 
טײַטשן, און אז ער האָט זיך ארײַנגעמישט, זיך געשטעלט און מיט טויזנ- 
טער רײַעס באוויזן דעם הײפּעך און ארויסגעפירט אף דער שײַן די פעל- 
שונג, האָבן די מעקוראָװוים, די אייגענע פון הויף און פון רעבן, קין 
אנדער אייצע און מיטל ניט געפונען, וי נאָר אים פאר מעשוגע מאכף 
און מע האָט אים טאקע געמאכט: ער איז א שטיק צײַט א געבונדענער, 
טאקע װי מעשוגע, אין א פינצטערער קאמער ערגעץ אָפּגעלעגן. 


ער איז אויך פון דאָרט אוועק. ער איז שוין דעמלט עלטער געװען 
אָבער קיין שטוב האָט ער זיך ניט געבויט: ניט כאסענע געהאט און קיינע 
קינדער; יאַָ כאסענע געהאט און זיך געגעט; פארשיידענע פּארנאָסעס גע- 
האט און זיי אָנגעװױרן: פארשיידענע מעלאָכעס זיך אויסגעלערנט און זי 
פארלאָזט. און װוּנדערלעך, פאר דער גאנצער צײַט איז אים קיינמאָל אפן 
געדאנק ניט געקומען צו ברעכן זײַן ניידער בענעגייע זײַן געלט. נאָך 
מער: ס'איז אים ביכלאל אפן געדאנק ניט געקומען, גלײַך ער האָט דאָס 
גאָר ניט געהאט, ניט פארמאָגט. ער פלעגט דאָס מיט זיך נאָר פון שטאָט 
צו שטאָט אומטראָגן, און װוּ געקומען, פלעגט ער דאָס אף א זיכער אָרט 
אוועקלייגן, באװאָרענען און שוין -- טויט, מער האָט ער דערפון ניט גע- 
דענקט, גלײַך װי פון א זאך, װאָס איז גאָר אף דער ועלט ניט בענימצע. 


27 


ער האָט די גאנצע צײַט אויך אלעמאָל געפּרוּװוט זוכן אן איינעם, 
וועמען ער זאָל זיך פארטרויען, פאר וועמען ער זאָל זיך קאָנען אויס- 
ריידן, אָבער צו װעמען ער איז ניט צוגעגאנגען, װעמען ער האָט ניט 
פארן פארטרויוּנגס-מאן אויסגעוויילט, איז ער יעדעס מאָל אװעק פון 
יענעם אן אנטוישטער, א האלב-צעבראָכענער. װײַל באלד נאָך דעם, וי 
ער האָט נאָר מיט א מינדסט ועגן זײַן אָפּשטאם דערמאָנט, אזוי האָט 
יענער אף אים שוין געקוקט װי אף א קרעציקן, װי אף אזא, װאָס איז א 
געפאר צו שטיין לעבן אים, װאָס מע דארף זיך פון אים װאָס װײַטער 
האלטן און דאָס לײַב און די זעל פון אים אָפּטראָגן. 

ער האָט זיך דערום פארשלאָסן, אָפּגעזונדערט פון צו טאָן האָבן מיט 
וועמען-ניט-איז, און דאָס איינציקע, װאָס ס'האָט נאָך ווען אין דרין פאר 
אים א שטיק כײַעס געשטעקט, איז געווען--אמאָל אין דער שטיל און 
אמאָל אין דער הייך זיך אָפּשעלטן. 

און דעמלט איז אים די דריטע שלאפקײַט אונטערגעקומען. דאָס מיינט 
ער אים, יענעם, דעם פּארשוין זײַנעם, א מין דיבעק, װאָס ער האָט אים 
אמאָל בא זײַן טיש זיצנדיק, בייס א סודע פּראװען זיך אנטקעגן זיצן 
געטראָפן. א פּארשוין, אן אָפּגעריסענער, א באָרװעסער, וועלכער האָט 
אים דערמאָנט אין איינעם פון יענע, מיט וועלכע ער האָט אמאָל אין זײַן 
העפקער- און יערידע-צײַט צו טאָן געהאט. 

ער האָט זיך אים אומגעריכט באויזן, און ער, סרולי, האָט, אים 
דערזעענדיק, זיך די אויגן געריבן, זען, צי זעט ער אים טאקע בעעמעס. 
און אז ער האָט זיך איבערצײַגט, אז יאָ, האָט ער זיך צוערשט שטארק 
דערשראָקן, ער האָט אױסגעשפּיגן, װי מע שפּײַט אף א שלעכטער אויס- 
װײַזעניש, אָדער נאָך א װיסטן כאָלעם. אָבער יענעם האָט דער שפּײַ ניט 
אויסגעמאכט, ער איז רויַק געבליבן, װי געווען, די ערשטע מינוטן נאָר 
געקוקט אף אים און געשוויגן, דערנאָך שוין מיט אים אויך א געשפּרעך 
פארפירט און פּאמעלעך-פּאמעלעך זיך צו אים אויך אין כאווערשאפט 
אײַנגעקויפט. 

פון דעמלט אָן טרעט יענער ניט אָפּ פון אים, האלט זיך מיט אים 
איניינעם, טיילט מיט אים דאָס גוטע, װי דאָס שלעכטע, און ער, סרולי, 
איז שוין אזוי צוגעוװווינט צו אים, אז װען סגייט אװעק א צײַט און 
יענער איז ניטאָ און װײַזט זיך ניט, גייט ער אים שוין אָפּ, בענקט ער 
שוין נאָך אים, און, פארקערט, ער, סרולי, זוכט שוין איצט גאָר יענעמס 
כאווערשאפט. 

יענער האָט אים פאר דער צײַט אף פארשיידענע געדאנקען ארופגעפירט, 
פארשיידענע זאכן אים פירצונעמען פאָרגעלייגט, אמאָל גלײַכע, אמאָל 
קרומע, און איינער א לעצטער געדאנק זײַנער איז דער, --ער זאָל זיך 
איצט צו לוזין באװײַזן און זיך אויסריידן, 

פארשטענדלעך, ער, סרולי, ווייסט, אז ס'איז מער נישט, װי א קרענק, 
און אז אף קיין קרענק בויט מען ניט און מע מאכט דערפון קיין וועזן, 
אָבער איזן אין ער יענעם דאנקבאר: דאנקבאר דערפאר, װאָס ער האָט 
אים ניט געלאָזט אליין, האָט אים אָפט געװעקט, געשטויסן, און דאָס האָט 


218 


אים געבראכט דערצו, װאָס ער איז איצט אויך צו אים, צו לוזין, געקו- 
מען, װי געזאָגט, אף זיך אויסריידן, און דאָס, װאָס ליגט אים אפן הארצן, 
ארויסברענגען, און אים זאָגן פאָלגנדיקס: 

-- ער נייטיקט זיך אין , כיזעק", אין עמעצנס אָנהאלט.. ס'איז אים 
שווער אומצוגיין מיט א פארשנורעװועטן בײַטל און נעשאָמע. ער האָט 
שוין די לעצטע צײַט פיל געטראכט וועגן מאטער-ניידער זײַן זיך, דאָס 
געלט ארויסצ;ען;. מעגלעך, נאָר צוליב זיך, מעגלעך, אויך צוליב אנדע- 
רע, -- ער ווייסט אליין ניט, צוליב װאָס. ער װאָלט דערום געװאָלט לעבן 
א שטארקערן פון זיך שטין, פון א שטארקערן זיך לאָזן אייצען און 
אָנפירן, און אזא-אָ שטארקן, מוז ער זיך מוידע זײַן, האָט ער איצט אין 
אים, אין לוזין, געפונען. ער װויל זיך איבערגעבן מיט אלץ, װאָס ער האָט, 
אף װאָס יענער װעט נאָר װעלן, אף װוּהין יענער װעט אים פירן --אף 
גלויבן, איז אף גלויבן, אף נישט -- איז נישט, ס'געװוענדט זיך אין יענעם. 
ער פילט, אז אויב נישט, קאָן ער, מעגלעך, װוידער ערגעץ שלעכט פאר- 
קריכן -- מעגלעך, אין שיקרעס, און ער מוז זיך וידער מוידע זײַן אז 
די לעצטע צײַט האָט ער זיך שוין טאקע א ביסל דערלויבט און אויך 
מאטער-ניידער געווען צוליב שיקרעס... 


*+ + + 


מיר װעלן זיך דאָ ניט פארהאלטן, קעדיי אויספירלעך צו דערציילן, 
וויאזוי לוזי האָט, נאָך דעם װי ער האָט דאָס אלץ אויסגעהערט, אף סרו- 
לין געקוקט, װאָס ער האָט אים געענטפערט: צי פארשוויגן, צי געטרייסט, 
צי אים א געוויסע ריכטונג אָנגעװיזן, װי ס'פירט זיך אין אזוינע פאלן 
דאָס אלץ גייט אונדז איצט ניט אָן, און ניט דאָס איז אונדז געווען דער 
איקער אינעם אלעם אויבן דערציילטן. 

ס'וועט אונדז גענוג זײַן נאָר צו דערמאָנען, אז באלד נאָך אָט דעם 
געשפּרעך, װי די לייענער געדענקען, ווען מע האָט נאָך לוזין פון מוישע 
מאשבערס עס-שטוב א מענטשן ארײַנגעשיקט, אים רופן צו טיי-טרינקען, 
האָט ער אומגעריכט פאר אלע אין עס-שטוב דעמלט צוזאמען מיט סרולין 
זיך באוויזן, װי עפּעס צונויפגערעדט, האלב אייגענע און וי מענטשן צו 
איין דייע; אזוי אזן דער ברודער מוישע, װי מע געדענקט, האָט דאָס 
גלײַך באמערקט און האָט געהאט דערפון גרויס ערגערניש, און דאָס אין 
אויך, מעגלעך, א שטיק סיבע געװען צו דעם קריג, װאָס איז דערנאָך 
אױיסגעבראָכן צװישן די ברידער, --איז אָט, דאָס געדענקענדיק, װועט 
מען זיך שוין קאָנען פאָרשטעלן און אויך א געוויסן סימען האָבן, אז 
אלנפאלס, איז סרולי פון לוזין ניט אָפּגעשטױסן געװאָרן, װי פון אנ- 
דערע, אז א געוויסן טייל מיטגעפיל האָט ער בא אים זיכער יאָ געפונען 
אָבער צי האָט ער אים אף לאנג צו זיך צוגעבונדן, צי נאָר אף קורץ, 
צי אף א גרעסערער ווירקונג, צי גאָר אף א דערװײַליקער, אף א קליי- 
נער -- ועלן מיר שפּעטער זען, און פון דער װײַטערער דערציילונג, צו 
וועלכער מיר קערן זיך גלײַך אום, זיך איבערצליגן, 


ווץ 
אף , פּרעטשיסטער" יאריד 


ן אנדערשמאָל װאָלט שטאָט פון אָט די 
נײַס פיל גערעדט. א קלײניקײַט! דער 
באװוּסטער לוזי מאשבער, דער, וועלכער 
האָט געקאָנט זײַן דער שטאָלץ און דער 
מוסטער בא יעדער כסידישער איידע, צו 
וועלכער ער װאָלט צוגעשטאנען, אפילע 
צו די פאָרנעמסטע און באװוּסטע, האָט 
זיך אזוי אומגעריכט א בייג געטאָן און 
זיך אראָפּגעלאָזט גאָר צו אזוינע, װאָס 
האָבן קיין מינדסטן אָנזען, הען מיט 
זייער נישטיקער צאָל, הען מיט זײיער, 
מישטיינסגעזאָגטן, פארנעם, --צו יענע, 
װאָס קיינער דערמאָנט זײי אפילע ניט, 
און ווען יאָ, איז מיט ביטל און פאראכ- 
טונג, װי פארשטענדלעך צו אזוינע, װאָס קאָהאָל האָט זיך פון זיי אזוי 
דערװײַטערט, אז כסידישן אוילעם איז קימאט פארװערט מיט זיי זיך 
מעשאדעך צו זײַן. 

דאָס האָט לוזין, צום אלעמערשטן, געבראכט מיט זײַן ברודער מוישען 
איבערצורליסן. אזוי איבערײַסן, אז די שטאָט האָט קימאט קײנמאָל אזא 
פאל ניט געהערט, אז אזוינע ברידער זאָלן זיך אף אזא ניט-ברודערישן 
אויפן צעגיין; אף אזא אויפן, אז איינער, דער ייַנגערער, מוישע, זאָל 
דעם עלטערן אזוי פּוױגייע-בעקאָװעד זײַן, און דער עלטערער, לוזי, זאָל, 
פון זײַן זײַט, דעם ייַנגערן אזא ביטערן ביזאָיען אָנטאָן פאר שטוב- 
אייגענע, פאר פרעמדע און פאר גאנץ שטאָט, װאָס האָט זיך דערנאָך 
דערװוּסט, זיך געמוזט דערוויסן, און זאָל אים זײַן שטוב פארלאָזן פּלו- 
צעם, אינמיטן באנאכט, װי איינער, װאָס פארלאָזט א כורװע, וועלכע 
האלט אָט באלד באם אײַנפאלן, 

ס'איז דאָך ניט געהערט געװאָרן! דערצו נאָך, װי מע האָט איבערגע- 





200 


געבן, בעשוטפעס און צוזאמען מיט יענעם פּארשוין, מיט סרולין, װאָס 
קיינער האָט קיינמאָל קיינעם ניט געזען מיט אים וען-ס'ניט-איז צוזא- 
מען גיין, אָדער װאָסער-ניט-איז אייסאָקים האָבן, קיין כאווערשאפט ניט 
שליסן און פרײַנטשאפטלעך מיט אים אף קיין איין סטעזשקע ניט שטיײן, 
און דאָ--נא דיר גאָר פּלוצעם אזא זאך: קײנער ניט, און לוזי אַ! 
און נאָך אזוי נאָענט, אזוי צוזאמענגעזונגען, אז לוזי האָט זיך פאר זײַן 
קאָװעד אײַנגעשטעלט, און דאָס באליידיקן אים מיצאד זײַן ברודער מוישע 
האָט אים פאר אן אויסרייד און סיבע געדינט מיטן ברודער זיך צעגיין 
און מיט סרולין זיך צונויפגיין... 

באזונדערס װאָלט זיך אן אנדערשמאָל שטאָט צערעדט און איר פאנ- 
טאזיע װאָלט זיך צעשפּילט, געוווירע וערנדיק נאָך אזא מײַסע, װי די 
מײַסע מיט סרוליס געלט, װאָס האָט זיך בא אים באוויזן. 

עמעס, אויך איצט האָבן די, וועלכע האָבן זיך דערפון דערװוּסט, 
צוערשט זיך ניט געגלייבט. אָבער אז שאָלעם-ארן האָט, שטייענדיק אין 
טאלעס-און-טפילן אין שול, פאר אן איידע ייִדן, פאר מענטשן, װאָס קע- 
נען אים פון לאנג פאר דעם, װאָס ער איז, אלנפאלס, פאר ניט קין 
אויסטראכטער, קיין ליגנער, --אז שאָלעם-ארן האָט פאר אן איידע ייִדן 
אין טאלעס-און-טפילן שטייענדיק, זיך געשווירן: ,ער זאָל אזוי זען אל- 
דאָסגוטס, ער זאָל אזוי דערלעבן מאָשיִעכן, װי ער האָט אליין געזען בא 
יענעם א פּאק פּאָזיט, אזא, װאָס מע זעט בא גרויסע גווירים זעלטן, אזא, 
פאר וועלכן מע װאָלט לויט אים, שאָלעם-ארענען, א האלבע שטאָט אָרע- 
מע מיידלעך געקאָנט כאסענע מאכן!; און ביפראט נאָך, ווען שאָלעם-ארן 
האָט דערצו מיט אלע פּראָטים דערציילט, ויַאזוי סרולי איז צו אים אין 
שענק ארײַנגעקומען, וויפל ער האָט אויסגעטרונקען, און אז ער האָט די 
גאנצע צײַט גערעדט צו זיך אליין און אז ער האָט אפילע בא זײַן מע- 
שאָרעס נאפטאָלע כשאד ארויסגערופן, -- האָט שוין קיינער ניט געצווייפלט, 
מע איז די ערשטע מינוטן וי אָן לאָשן געבליבן, דאָס אויסהערנדיק, דער- 
נאָך האָבן זיך האשאָרעס גענומען שיטן, איינע אומגעלומפּערטער פון דער 
אנדערער, איינע פאנטאסטישער פון דער אנדערער. שטערנס האָבן זיך 
געקנייטשט, קעפּ זיך געבראָכן, זוכנדיק באשייד פאר דעם, װאָס קיינער, 
דער גרעסטער אויסטראכטער אפילע, װאָלט זיך קינמאָל אזוינס 
ניט פאָרגעשטעלט, און סװאָלט אים אף דער מאכשאָװע ניט 
געקומען. 

-- נא דיר גאָר אזא זאך! אזא פּארשוין, װי סרולי, מיט געלט! און 
מיט נאָך אזויפיל געלט! פונוואנען? פון װאָס? װוּ האָט זיך עס צו אים 
גענומען און פארװאָס האָט קיינער קײנמאָל בין אהער אפילע קײן 
מינדסטע אנונג ניט געהאט װעגן דעם?. 

אנדערע האָבן זיך אויך געמיט ארויסצוגעפינען א געוויסן צוזאמענ- 
האנג צװישן די צוויי מײַסעס --מײַסע לוזי און מײַסע סרולי. ביפראט, 
אז אין איין און דער זעלבער צײַט זײַנען זיי דאָך פאָרגעקומען, זיך 
געטראָפן, און אין יענעם טאָג טאקע זײַנען זיי זיך צונויפגעגאנגען-- 
האָט דאָס דאָך אוואדע גערייצט און אין קאָפּ זיך געביסן. 


21 


אן אנדערשמאָל, זאָגן מיר, װאָלט אָט די נײַס שטאָט איבעראשט. די 
שטאָט װאָלט פון דעם פיל גערעדט, דאָס לאנג אין מויל געקײַט, פאר- 
שיידן דאָס דערציילט און איבערדערציילט, יעדערער װאָלט עפּעס צוגע- 
לייגט, צוגעגעבן, דער כידעש װאָלט זיך צעוואקסן, פריִער איבער שטאָט 
אליין און פון הויז צו הויז זיך צעגאנגען, דערנאָך ארויס אויך אויסער 
דער שטאָט, אף דער גאנצער געגנט ארום, ביז א האלב וועלט װאָלט מיט 
דעם צו טאָן געהאט און געקלונגען. 

יאָ, אן אנדערשמאָל, 

דאָס מאָל אָבער איז די נײַס אינמיטן איבערגעריסן געװאָרן און האָט 
קיין פארשפּרייטונג ניט באקומען, מאכמעס ס'האָבן זיך דערנעענטערט די 
טעג פון גרויסן יאָר-יאריד , פּרעטשיסטע?"--יענער יאריד, װאָס גאנץ 
שטאָט ריכט זיך א גאנץ יאָר אף אים, און אין די טעג, װאָס פאר אים, 
ווערן אפילע די גרעסטע שולן און קלויזן, װאָס זײַנען שטענדיק געפּאקט 
פון דאוונער, שיטער און פוסטלעך;: אלע אײַלן דעמלט, מערסטנטיײל 
דאוונט מען שוין אפילע דעמלט אין דער היים, אזוי אז די נעסט פון נײַס, 
די הויפּטיפארשפּרײטער זײיערע, די שולן און קלויזן, האָבן אײַליק און 
נאָר מיט שפּיצן אוער די נײַס אופגעכאפּט, האָבן קוים באוויזן זי אפן 
צונג צו נעמען, אָבער קיין מעגלעכקײַט ניט געהאט זי איבערצובאװונ- 
דערן, פון זייער זײַט צו איר צוגעבן, צולייגן און אין װײַטערן גאנג 
זי לאָזן. 

קיין צײַט, װײַל--, פּרעטשיסטע". 


8 א 8 


זאָל אונדז דאָ דערלויבט וערן זיך לענגער אָפּשטעלן און זאָגן אויס- 
פירלעך וועגן , פּרעטשיסטע?, װײַל די גרייס און ראָליע פון דעם יאריד 
האָט ניט נאָר פאר די איער שטאָטלײַט, נאָר, וי מע װעט זען, אויך פאר 
אונדז א פיל גרעסערן אינטערעס און באטײַט, וי געוויינלעך אנדערע 
יארידן. 

פאר אלעמען האָט די שטאָט דעמלט אויסגעזען, װי א גרויס-זשו- 
מענדיקער לאגער. טויזנטער און איבערטויזנטער פּוערים, שליאכטע, 
הענדלער, פּריצים, ליוועראנטן, ציגײַנער, בעטלער און גאנאָווים האָבן 
זיך אהין, אין א, פון נאָענטע, פון װײַטע און גאָר װײַטע קרײַזן און 
קאנטן געצויגן ---אף פורן, אף פערד-און-וועגעלעך, אף קאָטשן, קארע- 
טעס, רײַטנדיק און אויך צופוס גייענדיק. 

די שטאָט אין געװען צו ענג אף זי אלעמען ארײַנצונעמע. פיל 
זײַנען דערום געבליבן לאגערן ארום דער שטאָט. דאָס ראָוו אָבער, ווע- 
מען ס'האָט געגליקט און זיך יאָ אײַנגעגעבן ארײַן אין שטאָט, האָט 
פארנומען:--װוּ א פּלאץ, אין א פּלאץ, װוּ ניט קיין פּלאץ, איז ניט, 
איז װוּיס'ניט-איז אף דער גאס, א געסל, א סיטקע, א ליקל, אבי נאָר אָרט, 
װוּ פורן האָבן זיך געקאָנט ענג איינס לעבן אנדערן אויסשטעלן און 
מענטשן זאָלן שוין ניט האָבן אפילע װוּ זיך דורכצורוקן, 


14 209 


א טאָג פריער פארן יאריד האָבן זיך ארײַנגעצויגן אין א פון אלע 
שליאכן, וועגן און ראָגאטקעס פּויערשע פורן מיט אָפּגעשניטענעם פון 
פעלד, מיט אָפּגעריסענעם פון סאָד און גאָרטן און אויך מיט אויסגעהאָ- 
דעוועטע שטוב- און פעלד-באלעכאיִם -- װוער מיט א קו צום װאָגן צוגע- 
בונדן, װער מיט א קעלבל -- הינטערן װאָגן, װער מיט א לאָשעקל, לעבן 
די פערד לויפנדיק, און װער ס'האָט געהאט א כאזערל אָדער עטלעכע 
אפן װאָגן אין א זאק ליגן און קוויטשען. 

טויזנטער קוילעס האָבן זיך געהערט, וען דאָס אלץ איז, פון אלע 
זײַטן אָנקומענדיק, אין שטאָט זיך צוזאמענגעפאָרן: א מעקען פון קי, 
וועלכע זײַנען פון זייערע היימישע שטאלן און טשערעדעס ארויסגעריסן 
געװאָרן, א הירזשען פון יונגיפערד און לאָשעקלעך, נישט געווינטע צו 
ראש און ענגשאפט פון שטאָט, א קװיטשערײַ פון כאזיירים, וועלכע האָבן 
זיך פארשיידן אף די געמבעס געריסן, װי פארן קוילען, פארן שעכטף 

דער טומל אויסערגעוויינלעך --פון אלעם דעם, װאָס אין אין שטאָט 
פון אויסן געבראכט געװאָרן אף דאָ אָפּצוזעצן און פארקויפן, און פארן 
געלט, װאָס איז אָפּגעלײזט געװאָרן, טאקע באלד דאָ אפן אָרט אויסגע- 
געבן צו װוערן, קעדיי שטאָטישע זאכן אײַנצוהאנדלען, װי ביליקן צעל- 
ניק, רימערײַ- און געשפּאן-זאכן, קליידער, שיך, טוך, טיכלעך, שאלן 
פאר מענער, קינדער, דערהויפּט אָבער פאר פּוערשע פרויען און טעכ- 
טער, פאר וועלכע די שטאָט האָט זיך געפּלײַסט און זײיער געשמאק, 
זייערע באליבטע שטאָף-מוסטערן און פארבן געקענט, געװוּסט און אויס- 
געלערנט. 

דאָס געזעמל, װי פון א געוויסער, באזונדערס אף די , טאָרהאָװיצעס? 
אף די גרויסע יאריד-פּלעצער, װוּ פערד און קי זײַנען פארקויפט און 
אײַנגעהאנדלט געװאָרן; דאָרט, װוּהין ליוועראנטן האָבן גאנצע פּארטיעס 
פערד געבראכט --בעסערע פאר פּריצים, געמיינערע --פאר שליאכטע-- 
און דאָרט זיי אױסגעפּרוּוט, די קוינים זייער גאנג און לויף-פּײיַקײַט צו 
באװײַזן; דאָרט, װוּ גאנצע טעג האָבן בײַטשן געקנאקט, פערד זײַנען 
צו שטריק געבונדן, אין א קרײַז אָדער ניט אין קיין קרײַז אומגעלאָפן, 
און אוילעם, גרויסער אוילעם, סײַ קויפער סײַ גלאט נײַגעריקע, האָבן 
באשעפטיקט אָדער ליידיקגייעריש יענע קרײַזן ארומגעשטעלט. 

דאָרט אויך ציגײַנער מיט פּוערשע פערד האָבן מיט קנאקנדיקן לאָשן 
האסטיק מיט די פּוערים געהאנדלט. די פּויערים האָבן שאָענלאנג זיך 
געדונגען, לאנג זיך רעדלעכװײַז געייַשעװט, פיל מאָל דעם האנדל בא" 
קוקט און אים אױסגעפּרוּװט, און לעסאָף דאָך געהאנדלט און זיך אויך -- 
אמאָל מער, אמאָל װײיניקער, -- ארײַנגענארט. 

אף די טװוּע-מערק האָבן מערסטן ייִדן סאָכרים געהאנדלט, געשוויצט 
און געהאוועט. יעדער האָט זײַנע פון לאנג באקאנטע פּוערים אָפּגעזוכט 
און מיט זיי געוויינלעך געשעפט געשלאָסן-- װייניקער לוינבאר, נא- 
טירלעך, פארן פארקויפער, מער פארן אײַנקױפער. אָבער דאָך אין דער 
מאָס און אין דער גרענעץ פון לוינבארקײַט, װײַל פאָרט האָט מען דאָ 
צו טאָן מיט באקאנטע, מיט לאנגיאָריקע קוינים. פארשטענדלעך אָבער, 


223 


אז מיט ניט-באקאנטע, מיט צופעליקע קוינים, איז מען זיך שוין א ביסל 
ערגער באגאנגען און מער געשווינדלט. 

דאָרט האָט מען געקאָנט זען, װי לעבן טװוּע-װאָגנס, פון היפשע . 
קרײַזן פּויערים ארומגערינגלט, װועגט מען טוװוּע, אין גרויסע זעק און 
לאנטעכער, געבראכט פון פּױערשער היים אָדער פון װײַטע פּריצישע 
עקאָנאָמיעס. די פּריצישע עקאָנאָמען אָדער די פּויערים --די אייגנטימער 
פון דער טווּע, זײַנען מיט קלאָרן כעזשבן געקומען, מיט געוויסער צאָל 
און מאָס: אזויפיל און אזויפיל מעסטלעך, קאָרעץ.. און ויאזוי אונטער 
די הענט, אָט דאָ טאקע, אף דער װאָג ליגנדיק, און בא זיי אף די אויגן, 
ווערט בא זיי זייער אייגנטום אָדער דאָס אייגנטום פון זייערע באלע- 
באטים, די פּריצים, אײַנגעשרומפּן, און דאָס קומט פאָר אדאנק דעם, װײַל 
דער קויפער פון דער טװוּע פעלשט, שטעלט אונטער א פוס אונטער 
דער װאָג, שטעלט זײַן לעבן אײַן אין קאָן, װײַל אויב מע װאָלט דער- 
זען, איז ער מיט לײַב-און לעבן ניט זיכער און מיט קיין גאנצן אייווער 
װאָלט ער שוין ניט ארויס פון קרײַז. ביידע שװיצן, סײַ דער קויפער, 
װײַל אנגסט און טויטישרעק האָבן זיך אים אין שווייס פארוואנדלט, סײי 
אויך די פארקויפער, װײַל זיי שטייען געפּלעפט, כידעשן זיך, װוּנדערן 
זיך, קאָנען בעשום-אויפן ניט גלייבן, אז זיי האָבן, אין דער היים וועגנדיק, 
אזא גראָבן טאָעס געהאט, צוזעענדיק, װי א שטיק כעזשבן און פארמעגן 
גליטשט זיךך זײי פון די הענט אהיס,. און 1ײ. קאַנען זיך 
גאָרניט העלפן, װײַל װאָס קאָן מען מאכן, אז װאָג איז דאָך פאָרט 
װאָג?.. 

אזוי די קליינע הענדלער, מערסטנטײיל אָרעמע איבערקויפער, אזוי 
אָבער אויך דאָס ראָװו אָנגעפאָרענע ליוועראנטן, ביז פּריצים אפילע, װאָס 
זײי אליין שטייען װוי פונװײַטן, מישן זיך, קלוימערשט, וייניק אינעם 
פארהאנדלען דאָס, װאָס זיי האָבן אהער אפן יאריד געבראכט פון פערד, 
פלאקס, טװוּע-מוסטערן אין טיכלעך אײַנגעבונדן, קעדיי גרויסע פּארטיעס 
אף דער בירזשע צו פארקויפן. אָבער דערפאר טוען די פארטרעטער 
זייערע -- זייערע אָנגעשטעלטע, פארוואלטערס און עקאָנאָמען -- דאָס, װאָס 
לאָזט זיך טאָן אין אזוינע פאלן, אין אזוינע גרויסע יארידן, בייסן היציקן 
האנדל, ווען דער טומל איז גרויס און די לופט פול שוינדל. 

אויך גאנאָװים, פּאָשעטע קעשענע-לײַט, שטייען דעמלט ניט אָפּ, טוען 
זייער זאך, װי די , מעלאָכע? און די הייסע צײַט פאָדערט. צו די היימי- 
שע, שטאָטישע גאנאָווים קומען דעמלט אָן פון אלע עקן, פון װײַטע 
קרײַזן אהער זיך צוגעשטעלט, אויך פרעמדע--פלינקע הענט, גאָלדענע 
פינגער, זשוואווע שלעפּער, דרייען זיך צװישן פערד-און-װאָגן, דאָרט, 
װוּ ענג, װוּ א געזעמל, רײַבן זיך אין געדיכטעניש, רײַבן זיך ניט 
אומזיסט, נוצן אויס די קענטעניש, קעדיי זיך צו דער צײַט װאָס גיכער 
אָפּטראָגן און זיך ארויסרוקן, און אויך, ווען זיי האָבן די צײַט, די רעכטע 
צײַט פארשפּעטיקט און זיי װוערן געפּאקט --נוצן זיי אויס די קענטעניש 
אזוי, אז זיי זאָלן געשלאָגן ווערן נישט אין די ערטער, װוּ די שלעגער 
ווילן, נאָר אין יענע, װוּ זי לוינט, װוּ ס'וועט זיי אמװינציקסטן שאטן, 


14-59 224 


זי זאָלן ארויס אָן א מום און זיי זאָלן די ,ארבעט"-פּײיקײַטן אף א 
לאנגער צײַט ניט פארלירן. 

אָט אזוי, װער ס'נארט גרויס, װער קלײן, ער סעאנװעט מער, 
ער -- װייניקער. 

אָבער ס'מאכט ניט: גנייווע איז גנייווע, און יאריד בלײַבט יאריד, 
און פון מאָל צו מאָל פארגעסט מען, װײַל דאָס לעבן און די נויט אין 
שטאָט- און דאָרף-פארקער װערט פון דער גענארערײַ ניט מינדער-- 
אין געוויינלעכע יאריד-טעג, ביפראט , פּרעטשיסטע?. 

סאָפּקאָלסאָף איז דאָך , פּרעטשיסטע", אויסער א יאריד -- אויך א שטיק 
יאָמטעװו פאר אלעמען --פאר פּויערים, װאָס נאָכן האנדל פארברענגט 
מען אין די שענקען. אנדערע, וועלכע די שענקען קאָנען שוין ניט ארי- 
נעמען, טרינקען אליין אָדער צוזאמען מיט באקאנטע פון אייגענע און 
נאָענטע דערפער אין דרויסן, אונטערן הימל, אף די גאסן, אף די הויפן, 
אף די פּלעצער --אף די װאָגנס אָדער אף דער ערד אויסגעזעצטע, אויס- 
געלייגטע אויך אונטער די װאָגנס. 

לאָמטעװו פאר פּויערשע פרויען, װאָס טאָמיד אפן יאריד טוען זיך מיט 
עפּעס באנײַען: מיט א פארביק טיכל, פארטעך, קליידל, שטיוול אאו: 
פאר קינדער, װאָס ווערן אמאָל מיטגענומען --א היטל, די גרייס וועדליק 
פארן טאטן, אָנצוטאָן, מיט א גרויסן דענעק און לאקירענעם דאשעק, װאָס 
מע זעט דערפון די װעלט ניט ארויס, און דאָך איז דאָס אָנגעטאָן און 
טאטע-מאמע שפּיגלען זיך און זײַנען צופרידן.. 

נישט געקוקט אף דער גענארערײַ, פארגינט זיך דאָך דער גרויסער 
פּויערשער אוילעם אפן יאריד דעמלט א ביסל פון דאָרפישן שטארק שפּאָר- 
זאמען געדער ארויסצוגיין, און אויסער די געבראכטע מײַכאָלים פון דער 
היים -- ברויט, כאזער -- װערט דעמלט אויך א מין שטאָט-מײַכל מיט 
גרויס גיריקײַט געפּרוּווט, װי א האלב-װײַסע בולקע; אמאָל, פאר װײ- 
בער און קינדער--א קרענצל הארטע בייגל, הארט װי שטיין פון א 
גאנץ יאָר זון אום זומער, און ווינטער אפן פראָסט אויסגעטריקנט, וועלכע 
זײַנען בא די ברויטישטעלן געהאנגען, ביז זיי האָבן זיך אפן יאריך 
אויסגעווארט. ס'ווערט אפילע אמאָל א צוקערקע אײַנגעקויפט, הערינג, 
קוואס און אנדערע שטאָט-זאכן; אויך פרוכטן, אויב זיי װוערן אין דאָרף 
ניט געזען, װי קאווענעס, װאָס גרויס און קליין, ---פּויערים, פּויערשע 
פרויען און קינדער, זופּן פון זיי די זיסע יושקע מיט פארגעניגן און האָבן 
פון זיי דערנאָך די פּענעמער, די נעז ביז די אויגן נאס און קלעפּיק, 

אזוי דער פּאָשעטער אוילעם. די מער פארמעגלעכע פארברענגען בא 
בעסער פארגרייטע מײַכאָלים פון פישן, פליישן און אלערליי געזאלצנס 
אף שענקערשע טישן, מיט מאשקע און מיט הויכן געזאנג דערצו. 

די שענקען דעמלט איבערפולט. טיש און בענק באזעצט מיט פארמעג- 
לעכע פּויערים, מיט פּויערשע װײַבער, װאָס די פּענעמער זײַנען שוין בא 
זי רויט פון געטראנק. בא די פּויערים -- די מארינארקעס שוין צעשפּײ 
ליעט, און בא די פּויערטעס --די קאָפּיטיכלעך צעבונדן, און מע רעדט, 
מע שרײַט אלע איניינעם, און מע הערט שוין ניט איינער דעם צוייטן, 


29 


און אינמיטן גערייד און געזאנג קושט מען זיך, און די קוילעס און די 
געדעמפטע לופט פון שענק לאָזט זיך שוין אף היפּש װײַטער פון שענק 
ארויס פילן... 

דאָרט, אין די ביליקע שענקען, -- פּויערים. אף א שטאפּל העכער, וי 
אין שאָלעם-ארנס װײַנשענק, -- שליאכטעס, שוין באלאָנים אף װײַן, אף 
פײַנערע מאשקאָעס, אויך אף איידעלערע מײַכאָלים, אף העכערער געזעל- 
שאפט און מער לײַטישער באדינונג. 

דאן, אין די פּריצישע אכסאניעס, אין די בעסערע אײַנפאָר-הײַזער, װוּ 
ס'שטייען אײַן נאָר גוטבאזיצער, ביז די הייקאנטישע גראפן און פירשטן 
אפילע, אין יענע אײַנפאָרן ווערן דעמלט געבראכט מיטיקן, אין די בעסט- 
מעגלעכע קיכן באשטעלט, און פונעם באװוּסטן ,גאניידן"-קלייטעלע, וי 
מע פלעגט דאָס רופן אין , ווערט צוגעשטעלט אזוינס, װאָס די שטאָט, 
די רײַכסטע אפילע, פארגינען זיך דאָס קיינמאָל, װײַל יענע זאכן זײַנען 
פארגרייט און באשטימט נאָר פאר פּריצים, וועלכע מע האָט א גאנץ יאָר 
אין זינען. 

דאָרט, אין יענע אכסאניעס, זײַנען אָפּט נאָכן געשעפט-טאָג אויך פאר- 
שיידענע הוליאנקעס אײַנגעאָרדנט געװאָרן, װאָס פון יאָר צו יאָר האָבן 
זי פּריצים פארגעדענקט, און אפן צווייטן יאָר , פּרעטשיסטע? האָבן זיך 
פּריצים ווידער אהין פארזאמלט און ווידער די זעלבע און ענלעכע אײַנ- 
געאָרדנט. 

טישן האָבן זיך געבראָכן. די אייגנטימער פון , גאניידן? האָבן זיך גע- 
מיט און פון בעסטע היגע און אויסלענדישע מארקעס װײַנען פאר יענע 
טעג, פאר די שטענדיקע באשטעלער אויסבאהאלטן; בעסטע פרוכטן, אזש 
פון די װײַטסטע ערטער פון היגן לאנד, דאן -- פון פרעמד, אזש פון טער- 
קײַ אא., פרישע און געטריקנטע; בעסטע פישן און געזאלצנס, -- און די 
ווענט פון יענע אכסאניעס האָבן אין די אָװונטן אף יענע הוליאנקעס געזען 
אזוינס,. אזא פארשװענדערישקײַט און פּריציש-פירשטלעכע פארגינערײ, 
װאָס א גאנץ יאָר, בא אנדערע אײַנשטײער, אוואדע און געוויס קיינמאָל. 

דאָס איז עלטערע פּריצים. אָפּגערעדט שוין פון ייַנגערע, ווען זיי פלעגן 
זיך אמאָל אן ענגערע קאָמפּאניע פארזאמלען, אָן פרעמדע אויגן און אֶן 
דער אָנװעזנהײַט פון אזוינע, װאָס קאָנען זיי פאר זייערע עלטערן אָדער 
פאר זייערע אָפּעקונעס צוקלאָגן. דאָרט אין אזא-אָ קאָמפּאניע איז שין 
אָפט אָפּגעטאָן געװאָרן אזוינס און געהוליעט געװאָרן אף אזא אויפן, װי 
נאָר אין די אויסלאנדס האָבן זיי זיך אופגעפירט, -- אין יענע שטעט און 
ערטער, װוּ יונגע פּריצים, גרעפישע זינדלעך פלעגן געשיקט װערן, קלוי- 
מערשט, זיך לערנען, און אינדערעמעסן, קעדיי זיײיערע מעשוגענע יונגע 
טעג און די גרויסע, בעיערושע זיי אויסגעפאלענע, פארמעגנס אויסברענ- 
גען. 

אָט פונזייערטוועגן האָבן זיך אין דער צײַט פון יאריד א גרויסע 
צאָל, -- פאר אלעמען, אייגענע מענטשן, געמיט, מענטשן, וועלכע זײַנען 
פון זיײיערע היימען, פון זייערע עלטערן זיי נאָכגעשיקט געװאָרן, זיי אין 
וועג צו באדינען; און אויך געוויסע שטאָט-לײַט, מינע פינצטערע, בא די 


2206 


ווענט זיך רוקנדיקע פּארשוינען, װי געלט- און אוויירע-מעקלער, װאָס 
דורך זיי איז אלץ צו זייערע יארידישע פארגעניגנס צוגעשטעלט געװאָרן, 
אלץ, װאָס האָט זיך זיי פארגלוסט, אלץ, װאָס אין זייער צעהיצטער פאנ- 
טאזיע איז אופגעקומען, אָנהײבנדיק פון אויסגעלאסענער שיקרעס און 
ענדיקנדיק מיט יענע סאָרטן פרויען, היגע, און אויך אנדערע, ספּעציַעל 
אפן יאריד פון ערגעץ אנדערש אראָפּגעבראכט אהער, אין די פּאָר שאנד- 
הײַזער, װאָס האָבן זיך אין שטאָט געפונען, און װאָס טאקע נאָר צוליב 
זיי, צוליב די פּריצימס זינדלעך, זײַנען יענע פרויען גאנצע טשערעדעס- 
װײַז פון די אייגנטימער פון די הײַזלעך אין באָד ארײַן געטריבן געװאָרן, 
זיי זאָלן אויסזען פריש, און אויך אפן בעסטן אויפן געקליידט און אויס- 
געפּוצט, װי ס'פּאסט פאר אזוינע אויסטערלישע געסט און פאלן.. 

אזוי -- פּריצים. 

שטאָט-לײַט אָבער, װי סאָכרים, הענדלער, היגע, אויך לאנד-סאָכרים, 
לאנדימעקלער, אָנגעפאָרענע אף קויפן, פארקויפן, מעקלערן און נא- 
רײַען, -- אָט די אלע זײַנען יענע טעג שטארק באשעפטיקט געווען פון 
פיל האווען און אומשמײַען, יעדערער לט זײַן גראד, דה. לט דעם 
פארמעג, װאָס ער האָט געהאט אין סכוירע, האנדל ארײַנצולייגן, אָדער 
פון האנדל, פון סכוירע ארויסצונעמען. 

יענע טעג האָט מען אײַלנדיק געגעסן און אפגיך געדאוונט, וייניק 
אָדער קימאט גאָרנישט ניט געלערנט. ביז די ראבאָנים אפילע, װאָס אויך 
זי האָבן דעמלט פיל צו טאָן געהאט -- פיל סאָכרישע שוטפעסן און סיכ- 
סוכים אויסצוגלײַכן; ביז דעם גרעסטן, אָנגעזעענסטן ראָװו, דעם באװוּסטן 
רעב דודין, װאָס אויך ער האָט דעמלט קיין צײַט געהאט, װײַל צו אים, 
באזונדערס דאָך צו אים, האָבן זיך פיל סאָכרים געצויגן און מיט שטארק 
פארדרייטע, פארפּלאָנטערטע לאנגאָניקע לאָדענישן זיך געװענדט; און 
דערום אויך בא אים, װי בא אלע ראבאָנים, דעמלט יאריד, אף וועלכן 
זײי האָבן א גאנץ יאָר ארויסגעקוקט, און אין זייער ראבאָניש אויסקומע- 
ניש האָבן זיך יענע טעג געלאָזט פילן צום גוטן מיט די דינטוירע-געלטן 
און ראבאָנישן קורטאזש, װאָס זיי פלעגן יענע טעג ארײַנקריגן. 

מיט איין װאָרט, אלע, אלע דעמלט פארנומען, פארהאװועט, פאר- 
שוויצט -- ערשטנס, פונעם יאריד אליין, דערצו נאָך פון דער הייסער, 
טאָמיד גליענדיקער זון פון עלעל, פון יענעם הייסן כוידעש, ווען דער 
יאריד פלעגט פאָרקומען. 

די לופט פול מיט רייכעס פון סוויטעס און שאָפן-פּעלץ, מיט מענטש- 
לעכן און פערדישן שווייס, מיט רייכעס פון שוין איבערגעטריקנטע היי, 
שטרוי, טווּעס, פלאקס, האָניק און פרוכטן; מיט קוילעס פון אלע דיי 
װאָס האָבן אף זייערע היגע און געבראכטע סכוירעס אויסגערופן, קוילעס, 
וועלכע האָבן זיך געהערט אף די מערק, אף די האנדל- און יאריד-פּלע- 
צער, בא די בײַדלעך, בא די שטעלן און שטעלעכלעך, אף אלע גאסן 
קוילעס אויך פון די, װאָס האָבן געהאט זייערע סכוירעס אף דער ערד 
ליגן, װי טעפּערס, באָנדער, סטעלמאכס און רימער; קוילעס פון בײַטש- 
געקנאק און אויסגעשרייען באם פערדײאָגן און אױספּרוּון; געשרייען, 


2207 


געוויינען, ווען עמעצער איז באגאנוועט געװאָרן, װען מע האָט יאָ גע- 
פּאקט און פארהאלטן דעם גאנעוו, אָדער אויך ווען ניט -- געשרייען און 
קוילעס; קוילעס פון שיקורים פון שענקען ארויס; קוילעס פון קריגערײַען, 
געשלעגן און שווינדלערישער שעפע אפן יאריד. 

דאָס אלץ צוזאמענגעמישט האָט געהודעט, אין לופט זיך געהערט, וי 
א טומל פון א מאסע הרעבליעס, וועלכע האָבן זיך אָפּגעריסן און אין א 
פארפלייצנדיקן שטראָם אװעק. א קוילעס-געמיש פון פי, אויפעס און 
מענטשן; א געמיש פון קריגערײַ, גערייד און געשלעג, ביז דעם געזאנג 
פון די פאָלקס-זינגער, בלינדע באנדוריסטן, װאָס אויך זיי פלעגן זיך אפן 
יאריד צושטעלן, און װאָס אף יעדער גאס, װוּ גרויסע מאסן גייען פארבלי, 
האָט מען זיי געקאָנט זען זיצן אף די ראָגן, איינציקע אָדער מערסטנטייל 
גרופּעסװײַז, וועלכע איינער אָדער א פּאָר זעענדיקע פלעגן זיי באדינען, 
זי פירן, ברענגען און אוועקפירן. 

זיי, די זינגער, פלעגן זיצן אף דער ערד אויסגעזעצט, די פיס אונ- 
טער זיך, די לירע, באנדורע מיט די לינקע הענט צום לײַב געטוליעט, 
און מיט די רעכטע די שפּיל-קאָרבעס געדרייט. דערבײַ מיט שטארק צע- 
עפנטע און צעקרימטע מײַלער געזונגען, מיט די בלינדע אָדער גאָר אויס- 
גערונענע שווארצאפּלען אף ארוף, װי צו דער זון, פאריסן. זיי האָבן גע- 
שפּילט און מיט זייערע אלט-יקאזאקישע, טשומאקישע, טרויעריקע פאָלקסי 
לידער ראכמאָנעס געװעקט בא דעם ארוםישטיענדיקן אוילעם, באזוג- 
דערס בא פרויען טרערן ארויסגערופן, און דערפאר זײַנען זי באלוינט 
געװאָרן אמאָל מיט א דארן בייגל צוגעװאָרפן, מיט װאָסיניט-אין פון 
עסנווארג, און אויך וועןיניט-ווען מיט א קליינער מאטבייע אין א בלינדן 
בעטלער-היטל שטיל ארײַנגעלײגט. 

יאָ, אויך זיי, די באנדוריסטן אפן יאריד, און אויך בא זײ, בא די 
פאָלקס-זינגער, דעמלט פארדינסט-צײַט, און פיל צוהערער און אויערן אף 
זיי צו הערן. 


אזוי אלע , פּרעטשיסטע? 

דאָס יאָר אָבער, וועגן וועלכן מיר ריידן דאָ, האָט זיך דער יאריד גע- 
שטעלט אין טרויער. 

שוין פון מיטן זומער האָט די שטאָט געהערט טרויעריקע קלאנגען זיך 
דערטראָגן פון דאָרף, פון אלע דערפער פון דער געגנט ארום, אז אזויווי 
פון פרילינג אָן איז קיין רעגן, דערווארט מען, װאָס מע דערווארט פון 
אזא זאך -- א צאָרע, א טריקעניש. 

ריכטיק, יענעם זומער האָט זיך װי דער הימל געשלאָסן. פּערים 
האָבן זיך די אויגן אויסגעקוקט, מיט איקאָנעס, מיט צלאָמים, מיט גאלאָ- 
כים און געזאנגען ארום די פעלדער גלײביקע געבעט-צוגן אײַנגעאָרדנט 
און געפּראװעט -- און ס'האָט ניט געהאָלפן: ס'גראָז אף די לאָנקעס, די 
טווּע אפן פעלד ברענט. 


228 


אָבער דער יאריד האָט זיך דאָך געשטעלט. וי שלעכט די אויסזיכטן 
זײַנען ניט געווען, װי שאָקלדיק און קריכיק דער באָדן פארן יאריד, און 
וי פון דער נאטור באאוולט און באליידיקט דער פּוױיער איז אפן יאריד 
ניט געקומען, -- דאָך איז ער געקומען. פון דער נאָענט און פון װײַט, 
פון אלע וועגן און שליאכן, װער מיט מער א ביסל, װער מיט װיניקער, 
װער מיט גאָר װײיניק, אָבער דאָך מיט עפּעס, און פון אָט די אלע ביס- 
לעך און עפּעסן איז דער טומל, װי אלעמאָל, גרויס געווען, און פאר די, 
װאָס האָבן אים דאָס ערשטע מאָל געזען, ניט צו דערקענען, אז ער איז 
ווען אמאָל געווען אָדער געקאָנט זײַן אן אנדערער. 

דאָס פאר פרעמדע. 

אייגענע אָבער, אומיטלבאר-פארינטערעסירטע, האָבן די ענדערונג דאָס 
יאָר פון אלע יאָרן גוט געפילט. פאר אלעמען, די קליינע איבערקויפער, 
װאָס אז זיי זײַנען צוגעקומען צום פּוערשן װאָגן און אין אים ארײַנ- 
געקוקט, האָבן זיי אים געטראָפן אף האלב און דרײַ פערטל א לידיקן, 
און אף דער האלב אָדער פערטל, װאָס פול, האָט איצט דער פּױער שטארק 
געציטערט און געװאָלט אױיסשלאָגן און ארויסבאקומען דאָס, װאָס אן 
אנדערשמאָל פאר א גאנצן. אלנפאלס יענע הארכאָוועדיקע גוטמוטיקײַט 
פונעם פּויער, װאָס ווען ס'איז אים אופגעלייגט און ווען ער האָט א סאך, 
איז דאָס מאָל זיכער בא אים ניט געווען צו באגעגענען. פארקערט, ער 
איז בייזלעך געווען, אָנגעדראָדלט, און א האלב-בארויגעזער, נישט פאר- 
גינערישער בליק האָט ארויסגעקוקט פון אונטער זײַן דאשעק. 

מע האָט מיט אים לאנג באדארפט טײַנען, לאנג אײַנרײדן, ער זאָל 
פארקויפן צו דער פּרײַז, װאָס איז איצט אין שטאָט אָפּגעשטעלט פאר 
זײַנע געבראכטע זאכן. ער האָט זיך ניט געלאָזט, ניט געװאָלט די סכוי- 
רע פון די הענט ארױסלאָזן, זי געריסן באם קויפער אף צוריק, זיך גע- 
בייזערט, געמיינט, די ערשטע קוינים, װאָס זײַנען צו אים געקומען קויפן, 
דורכלאָזן, איבערווארטן, אויב מעגלעך, -- אויך דעם ערשטן טאָג, װאָס 
ער איז, װי אים האָט אויסגעזען, ניט גינסטיק, און מעגלעך בא אנדערע 
קויפער, מעגלעך מאָרגן, װעט ער, נאָכן פעסטן האלטן זיך און באשטיין 
אף זײַנעם, די פּרײַזן ארופציען. 

דאָס איז אָבער ניט געשען: אויך אנדערע, אויך שפּעטערע קוינים האָבן 
מער ניט פאָרגעלייגט, און ער איז געווען געצװוּנגען אף דער ערשטיגע- 
שטעלטער פּרײַז צו פארקויפן. 

װײַל איבערקויפערס האָבן זיך דעמלט געלאָזט אף אזוינס, װאָס אין 
געוויינלעכע צײַטן טוען זיי דאָס זעלטן. דעהײַנע, אף יאדאכעס, דה., ווען 
אפן װוּנק פונעם ערשטן איבערקויפער, וועלכער איז צום פּױער צוגע- 
טראָטן און מיט אים מאסע-ימאטן פארפירט, האָבן אלע איבעריקע אײַנ- 
קויפער, װאָס זײַנען דערנאָך צוגעגאנגען און װאָס אן אנדערשמאָל פלעגן 
זי איינס בא דאָס אנדערע פון די הענט און פון אונטער דער נאָז ארויס- 
רײַסן, מויסעף זײַן אף דער פּרײַז און אויסדינגען, -- דאָס מאָל האָבן זיי 
איין האנט געמאכט, און אן אקשן א פּױער האָט שוין א גאנצן טאָג דעמלט 
געקאָנט אָפּשטײן, און אף דער געשטעלטער פּרײַז פון ערשטן איז אים 


209 


פאר דער גאנצער צײַט פון קיינעם קיין גאָרנישט, קיין גראָשן נישט 
געהעכערט געװאָרן. דער פּױער איז װי פאר אן אײַזערנער וואנט פון 
פעסט-צונויפגערעדטע לײַט געשטאנען, און, זעענדיק, אז ער װעט שוין 
דאָ מיט זײַן גרעסטער אקשאָנעס גאָרניט פּױעלן, איז ער געצװונגען 
געווען אָפּצוטרעטן, נאָכצוגעבן און געמוזט פארקויפן פאר האלב, װי ער 
האָט זיך אָפּנעשטעלט און בא זיך אין קאָפּ גערעכנט. 

אזוי געמיינע פּויערים -- פארביטערט פונעם וײיניק, װאָס זיי האָבן 
געבראכט, און די, װאָס מער, די מער פארמעגלעכע, האָט מען אף אנדערע 
אויפאנים גענארט -- אין װאָג, אין מאָס, אין כעזשבן, אף ועלכן זי 
זײַנען געװווען שוואך, און װאָס אין אן אנדער יאָר, בא מער מעגלעכ- 
קײַטן אָרנטלעכער זיך אויסצוהאנדלען, האָט מען אָט דאָס מיטל -- גראָב 
אין כעזשבן דעם פּױער צו נארן--ניט אזוי אָפט און ניט אזוי גײַציק 
אויסגענוצט. 

אזוי, אז אויך די פארמעגלעכע האָבן װײיניק גרונט געהאט צו פרייען 
זיך איבעריק און צו האָבן נאכעס פונעם יאריד. אָפּגערעדט שוין פון גאָר 
גרויסע, װי ליוועראנטן, לעמאָשל, װאָס זײַנען אפן יאריד מיט גאנצע 
טאבונעס פערד געקומען, װאָס האָבן זיי געטריבן פון װײַט, געדונגענע 
מענטשן געהאט אף אכטונג צו געבן אף זיי, זיי צו האָדעװען און זײ 
צו האלטן אינעם געהעריקן גלאנץ און פּוץ, װי פערד דארפן אויסזען 
באם קומען אפן יאריד, -- די ליוועראנטן, װאָס האָבן געהאנדלט גרויס 
און אויסגעשטעלט מיט גאָר אויסגענומענע פערד אף פּריצים, אף שליאכ- 
טע, און מיט ווייניקער אױיסגעשפּילטע -- אף געמיינערע קוינים, -- זײַ- 
נען דאָס מאָל מיט די ארויסגעפירטע פערד געבליבן, וי נאָר אף אן 
אויסשטעלונג, נאָר אף זיי באװײַזן;: װײַל קויפער, באלאָנים קנאפּ, מאכ- 
מעס די פּרײַזן ניט צוטריטלעך און פאר קיינעמס קעשענע: אזוי, אז מע 
האָט זיך נאָר געקאָנט פארגינען קוקן, אָבער ניט נאָענט צוגיין, מיט די 
הענט זיך ניט צורירן, אפילע באם גרעסטן כיישעק, ווען אפילע די אויגן 
זײַנען געקראָכן פון קאָפּ פון װעלן און פון באגער צו קויפן. 

ליוועראנטן האָבן געברענט. די פערד-פּלעץ, די , טאָרהאָװיצעס? האָבן 
דאָס מאָל פון פערד-אױספּרוּוון און פון בײַטשן-קנאק ניט געהילכט, ניט 
פון הויכן האנדל, וי צװישן ליוועראנטן, ניט פון קלאפּן זיך אין די הענט 
מיט די קוינים -- און פון גרויס צאָרעס האָבן זיך שוין די גרויסע קאָמ- 
פּאניעס זייערע אין קליינע שענקלעך געקליבן, און עס האָט שוין בא זי 
געהאלטן אפילע דערבײַ, אז זיי האָבן זיך מיט ציגײַנער אין האנדל ארײינ- 
געלאָזט, אליין נאָר צוליב ניט לײידיק שטיין, אליין נאָר צוליב װאָסער- 
ניט-איז און אבי-וועלכן נאָר האנדל. 

אויך מיט פּריצים, לאנד-גראפן און פירשטלעכע זינדלעך, װאָס פלעגן 
אלע יאָרן, װי געזאָגט, קומען מיט עקאָנאָמען און הויף-פארוואלטער: 
יענע, די פארוואלטער, זאָלן פּריציש גוטס אָפּזעצן, און זיי, די פּריצים 
אליין, א ביסל צו זײַן דערבײַ, מער אָבער בא עפּעס אנדערש, -- בא 
הוליען און אויסברענגען דאָס באקומענע און אָפּגעלײזטע -- אויך מיט 
זיי, מיט פּריצים, לאנד-גראפן אֹא., דאָס מאָל ניט פריילעך, 


230 


קיין מוסטערן פון גרויסע פּארטיעס טוװוּע האָט מען איצט ניט מיט- 
געבראכט, װײַל נישט געווען, װײַל אן אומגערעטעניש. און לאנד-סאָכ- 
רים, הערנדיק פון װײַט, װאָס דאָ אין געגנט טוט זיך, האָבן זיך דאָס מאָל 
אפן יאריד צו פאָרן אָפּגעהאלטן; און די, װאָס זײַנען יאָ געקומען, האָבן 
זיך ניט איבעריק געײַלט, האָבן זיך לאנג געייַשעװט אפילע דאָס אאָ 
מעגלעכע אײַנצוקויפן, מוירע האָבנדיק, ערשטנס, פאר דער ריזיקע פון 
די צו הויכע פּרײַזן, און, צווייטנס, אויך פאר קאָנקורענץ: טאָמער װעלן 
אנדערע סאָכרים פון אנדערע געגנטן, װיסנדיק דעם יאקרעס פון הי 
שפּעטער אהער פון יענע מער געראָטענע געגנטן מיט מער ביליקע טװוּי 
עס אונטערקומען און זיי װעלן זיי שטארק ניזיקן. 

בא די פּריצים איז געלט דעמלט געווען װײיניק, קימאט נישט, און די, 
װאָס האָבן אף זיי ארויסגעקוקט, דה. די, װאָס האָבן מיט זיי דאָס גאנצע 
יאָר געהאנדלט, זיי געלט געליִען, מיטן מיין איצט, אפן יאריד, דאָס צוריק 
ארויסבאקומען, זײַנען געבליבן גענארט. אייניקע, די, װאָס האָבן זיי דורך 
מעקלערס געליִען, האָבן די מעקלערס געשיקט, און יענע זײַנען צוריק 
געקומען האלב-בלאסע, אָפט ארויסגעטריבענע פון אופגערעגטע און צעי 
רייצטע פּריצים, וועלכע האָבן זיי אפילע אף דער שװעל ניט געלאָזט. אנ- 
דערע װידער, װאָס זײַנען אליין געגאנגען, האָבן אויך ניט בעסער אָפּגע- 
שניטן, און פון שווערער פּריצישער לאגע אפילע מיט קיין גוט װאָרט, 
אפילע מיט קיין צוזאָג אף שפּעטער נישט אהיים געקומען. 

פארשטענדלעך, אז באל-האלװאָעס האָבן -- צי זי ווילן, צי זיי ווילן 
ניט -- דעם שטילן צײַטװײַליקן פּריצישן באנקראָט געמוזט אראָפּשלינ- 
גען, װײַל קיין בריירע, װײַל אנדערש טאָן, -- דה. ווען פּריצים האָבן 
איצט ניט צו צאָלן, גלײַך די וועקסלען אין גאנג לאָזן, -- האָבן באל- 
האלװאָעס געװוּסט, איז קיין גאנג ניט, אזוי טוט מען ניט, װײַל אזי 
וועלן זיי אף אייביק שוין מיט יענעם מוזן אײַנרײַסן, אף קיינמאָל מיט 
זיי מער שוין קיין געשעפט ניט מאכן. 

אזוי האָט דאָס יאָר געטראָפן קימאט מיט אלע, און נאטירלעך, אויך 
מיט מוישע מאשבער, װײַל װאָס איז ער פאר אן אויסנאם? נאָך מער: 
נישט גענוג, װאָס פּריצים האָבן די אלטע האלװאָעס נישט געצאָלט, זײַ- 
נען זיי נאָך, װי ס'איז פאָרויסצוזען געווען, געצװונגען געװוען פאר- 
שאפן זיך נײַע, זיך געלאָזט אף שלעכטע באדינגונגען, אף הויכע פּראַ- 
צענטן, וויכטיקע שטיקער אייגנטום צו פארזעצן, אבי עטװאָס געלט ארײיַנ- 
צובאקומען, קעדיי ניט צו דערלאָזן זיך אײַנשרומפּן און פון פּריצישע 
באדערפענישן זיך אָפּזאָגן. 

פּריצים -- סײַ קליין סײַ גרעסער -- האָבן דעמלט אין גרויס נויט 
געשטעקט, און בא די, צו וועמען זיי וענדן זיך קעסיידער אין אזוינע 
פאלן -- צו שטאָטישע געלט-קאָנטאָרן און באל-האלװאָעס, -- זײַנען די 
הענט געווען געבונדן, אפילע בא זייער בעסטן וילן, זיי, די פּריצים, 
מיט וועלכע זיי האָבן קעסיידער געשעפט געמאכט, ארויסצוהעלפף 

דערצו נאָך איז, אויסער יענער נויט בא פּריצים, דאָס מאָל נאָך אן 
אנדערע צוגעקומען, מאכמעס איינער א געשעענער מײַסע אפן יאריד, 


21 


װאָס אלע, דער גרעסטער טייל פּריצים, די מערסט אָנגעזעענסטע, רײַכ- 
סטע, צוזאמען מיט די לאנדיגראפן און פירשטלעכע זין זײַנען געװען 
פארמישט אין איר; א מײַסע, װאָס האָט געשמעקט מיט גרויסע אומאָנ- 
גענעמלעכקײַטן פאר פּריצים, פיל װאָלטן פון איר געווען געליטן, װײַל 
ס'איז געגאנגען אין מעלוכע-פאראט און געדראָעט מיט סיביר, מיט קייטן, 
פארשיקונג און קאָנפיסקירונג פון פארמעגן, און עפשער נאָך 
ערגער... 

ס'רעדט זיך דאָך דאָ פון די 70-ער יאָרן פון פאָריקן יאָרהונדערט, 
פון די יאָרן, װאָס אָקאָרשט נאָרװאָס נאָכן פּױלישן אופשטאנד פונעם 
באװוסטן 63יטן; פון דעמלט, ווען א גרויסער טייל פּריצים, אפילע פון 
אונדזער קאנט, וועגן וועלכן מיר ריידן דאָ, װאָס כאָטש ער איז געלעגן 
א ביסל אין א זײַט פון גרויסע געשעענישן, װאָס כאָטש וייניק האָבן 
אין יענעם אופשטאנד אומיטלבארן אָנטײל גענומען, װײַל ניט דאָרט, 
אין יענעם קאנט, די שלאכט-פּונקטן, אָבער מיטגעפיל צו דער קעגנמעלו- 
כע-באוועגונג האָבן זי דאָך ארויסגעוויזן -- מיט געלט, מיט פארשיידענע 
ארטן שטיצע, מיט מיטהעלפן און אויסבאהאלטן נאָכן בראָך פונעם אופ- 
שטאנד דעם, װאָס מע האָט ניט געטאָרט אויסבאהאלטן, אאו. 

אייניקע, די מער פאָרזיכטיקע און וייניקער רײַכע, האָבן נאָכן אופ- 
שטאנד זיך געזען צופּאסן. זיי האָבן אראָפּגעשלונגען דאָס, װאָס געמוזט, 
װי עקלדיק פעטס אף א רעפוע, האָבן אף זיך א מאסקע אָנגעצויגן, זיך 
קלוימערשט אונטערגעגעבן, און אין דער שטיל, צװישן אייגענע, בא 
פארמאכטע טירן, אין זייערע הויפן און שלעסער, געשטורמעװעט, זיך 
דאָס לײַב געביסן, געטרוימט וועגן בעסערע צײַטן און געהאָפט פון פאר- 
שיידענע זײַטן אף הילף. 

אנדערע, די מער רײַכערע, האָבן קיין געדולד געהאט, האָבן זייערע 
מאיאָנטקעס פארקויפט, געלט צונויפגעשלאָגן און פאר גרויס צאר, נישט 
קענענדיק צוזען דאָס נײַע, ערגעץ אין די אויסלאנדס זיך איבערגעקליבן. 
ווידער אנדערע, אויך רײַכע, אָבער גרויס האָנאָרעוואטע, װאָס די טאטעס 
און זיידעס יערושע -- זייערע ערדן, נאכלאָעס און מאיאָנטקעס -- זײַנען 
זיי אזוי טײַער געווען אף ניט קענען זיך מיט זיי צעשיידן, זײַנען אף די 
ערטער געבליבן, זײַנען אָפן, נאטירלעך, ניט ארוױיסגעטראָטן, אָבער ווער 
ס'האָט באדארפט וויסן, האָט געװוּסט, אז יעדערער פון זיי, פון אָט יענע, 
טראָגט פּײַער אונטער די פּאָלעס, גיפט און סינע צו אלעם דעם, װאָס 
האָט זיי אזוי וויי געטאָן, אזא אנגסט פארשאפט דערמיט, װאָס האָט בא 
זיי, קלוימערשט, זייערע דוירעסדיקע רעכט גערויבט אף צו הערשן און 
געוועלטיקן אפן גאָרן פאָלקס-לײַב און אייגנטום. 

די מאכט האָט זיי דערום גוט נאָכגעקוקט, זיי אין אויג געהאט, וי 
װײַט נאָר געקאָנט די אופזיכט איבער זיי פארשטארקט, און קעדיי זי 
נאָכקוקן און אלע זייערע מאכשאָוועס און געהיימע גענג זיך דערוויסן, 
האָט זי צווישן זיי אייגענע איבערגעקויפטע מענטשן ארײַנגערוקט, אָפט 
טאקע פון זייער אייגענער סוויווע, זיך אױיסשפּירער אײַנגעהאנדלט, אײַנ- 
געשאפט -- זיך אף געטרײַשאפט און זײי אף פאראט. 


209 


איז אָט, איז דעמלט געשען: מיר ווייסן ניט, צי פאר גרויס צאָרעס, 
װאָס בא די פּריציִם זײַנען אפן יאריד די געשעפטן געגאנגען שלעכט, צי 
פאר אנגסט און אומאָנגענעמלעכקײַט, װאָס, זיי צום ביזאָיען, האָבן זיך 
ניט געקאָנט אויסדרייען, ניט געהאט מיט װאָס די פאראיאָריקע כויוועס 
צו צאָלן און נאָך געמוזט נײַע האלװאָעס אײַנשאפן, און ס'איז זיי ניט 
גרינג אָנגעקומען, און דערפאר פּריצים אפן הארצן ניט גוט, און זי 
האָבן זיך געװאָלט צעשטרייען. מעגלעך אָבער אויך, אז נישט דערפאר, 
נאָר ביכלאל האָבן זיך די פּריצים אָפּגערעדט א גרויסן הוליע טאָן -- און 
אף איינעם אן אפדערנאכט דאָס באשטימט. 

ס'האָבן אָנטײל גענומען: פאר אלעמען, יונגע לעב-באָכערים, אויך על- 
טערע, פארזעסענע, אזוינע, װאָס װעלן קיינמאָל ניט כאסענע האָבן, צִי 
מאכמעס געוויסע קראנקײַטן, װאָס זיי האָבן באוויזן אין דער יוגנט ארלינ- 
כאפּן און אף דער עלטער שוין צו פוילן, צי אזוי גלאט, איבער פּריצי- 
שע קאפּריזן און מאנקאָליעס, פארזעסענע. 


ס'האָבן אָנטײל גענומען אויך אזוינע, װאָס אין דער היים האלטן זי 
שטאט, האָבן פאמיליעס און פירן א לעבן, וי דער שטייגער פאָדערט, 
נאָר יעדעס מאָל, קומענדיק אפן יאריד, דערלויבט מען זיך אזוינס, װאָס 
אין דער היים, איבער געוויסע טײַמים, קײינמאָל. 


דער הױפּט און דער איקער אָבער אף יענעם אָװנט פאָרט די יונגע, 
און זיי האָבן דאָס אף זיך גענומען, און דורך זייערע באדינער, װאָס זי 
האָבן מיט זיך פון זייערע טאטישע היימען מיטגעבראכט, איז באפוילן 
געװאָרן אויסצופילן דאָס, װאָס ס'האָט זיך געפאָדערט; און מיט א היפּ-י 
שער צאָל פינצטערע מעקלער און מעקלערלעך איז פון יענער זײַט טירן 
(װײַל אין שטוב האָט מען מיט אזוינע ניט געהאנדלט) אָפּגערעדט געווען, 
װאָס מע האָט באדארפט אָפּרײדן: און געלט איז געשאפן געװאָרן. פאר 
אלעמען -- פארן ,גאניידן"יקלייטעלע, אז די פּאָליצעס אין דעם זאָלן 
מיטאמאָל שטארק שיטער וװערן, װײַל פּריצים זײַנען אזוי אויך גרויסע 
געברויכער, ביפראט, ווען מע צעבינדט זיך, װען מע צעלאָזט זיך און 
מע גייט אין הוליען זיך צעפלאקערן. 

ס'האָבן זיך באדארפט טישן ברעכן פון דעם, װאָס ס'פאָדערט זיך פאר 
אזוינע הויכע געסט און געניסער -- פון עסן און טרינקען, און אויך מיט 
פינצטערע מעקלער פון שאנד- און אװיירע-הײַזער איז אָפּגערעדט געווען, 
און יענע זײַנען יענעם טאָג שטארק פארפּאליעט אומגעלאָפן, און זיי, 
פון זייער זײַט, האָבן זיך מיט אונדזער באקאנטער פּערעלע דער מעק- 
לערן צונויפגערעדט: טאָמער װעלן שאנד-הײַזער ניט קלעקן, זאָל זי פון 
איר ,סכוירע?, פון האלב-שאנד-אמען און ערעוויאמען צושטעלן -- די 
פּריציִם אֹף נאָך דער הוליאנקע, אף שפּעט, וען פּריצים וועלן זיך אין 
זייערע באזונדערע צימערן צעגיין. 

פאָרקומען האָט דאָס באדארפט בא נאָסױנאָטען אין אײַנפאָר-הױז, 
אין איינעם פון די בעסטע, מער פאָרנעמסטע, דאָרט, װוּ ס'פלעגן אײַנ-י 
שטיין אָדער גאָר רײַכע סאָכרים, אָדער אָנגעפאָרענע רעגירונגס- און אד- 


233 


מיניסטראציע-לײַט, װי ריכטער, ווען זיײי קומען אראָפּ פון דער װײַט- 
לעכער גובערניע-שטאָט אף א היגן מישפּעט, אקציזניקעס, רעװיזאָרן אאוו. 

די צימערן זײַנען דערום מעבלירט געווען פײַנער, װי אין אנדערע 
אײַנפאָר-הײַזער. בענקלעך און קאנאפּעס מיט טשעכאָלן. דילן מיט טע- 
פּיכלעך, מיט פּאָרטרעטן פון גענעראלן אף די װענט אין יעדער צימער, 
און אין איינעם א גרויסן עסצימער, -- אויסגערעכנט דערוף, ווען א 
גרויסע קאָמפּאניע װעט צוזאמען עסן, ס'זאָל זיי אין איין צימער צו איין 
טיש דערלאנגט װערן -- דאָרט, אין יענעם צימער, אויך א קײיסער-פּאָר- 
טרעט, אין דער קרוין, צו קאָראָנאציע, -- א ביליק-פארביקער לובאָק אף 
שטײַף גלאזירט פּאפּיר, װי יענער סאָרט אלע אזוינע פּאָרטרעטן, װאָס 
ווערן אף אלע מערק אין א גרויסער צאָל פארקויפט פאר קליין געלט און 
צום אָפּנעשטאנענעם געשמאק פון א געוויסן געברויכער. 

דאָס מאָל זײַנען די צימערן איינס אין אנדערן צעעפנט געשטאנען 
װײַל אלע אײַנשטײער באקאנט און היימיש, און דער הויפּט-צוזאמענקום 
און דער גרויסער טיש איז געגרייט געווען אין עסצימער, װאָס איז גע- 
ווען באלויכטן, אכוץ פון ליכט אפן טיש, אויך פון איינעם א מין בליץ- 
לאָמפּ, װאָס איז פון מיט סטעליע אראָפּגעהאנגען. 

נאָסןינאָטע, דער באלעבאָס פון דער אכסאניע, דער, װאָס אין טאָמיד 
געװווינט הויך-כאָשעװע געסט אופצונעמען און באדינען, און װאָס צוליב 
אָט דער באדינונג איז אים זײַן באָרד שטענדיק זויבער געקעמט און אפן 
קאָפּ האָט ער, מײַסע סארווער, געטראָגן א זײַדן יארמעלקעלע, -- ער, 
נאָסן-נאָטע, איז דעם טאָג פון ערעוו יענעם אָװנט באזונדערס באשעפ- 
טיקט געווען מיטן גרויסן טיש פארשפּרײיטן, די בענקלעך אויסשטעלן, 
לאָמפּן רייניקן, טעלער, גלעזער, גלעזלעך װישן; און דעריקער נאָך, ווען 
מ'האָט אפן טיש דאָס אָנגעגרײטע באדארפט צעשטעלן, ווען נאָסױינאָטע 
האָט קיין אופזעער איבער זיך ניט געהאט פון פּריצישן צאד, איז קימאט 
אליין באלעבאָס געווען, און ער האָט באדארפט פון יעדער מין מער, וי 
אפן טיש ארופשטעלן, פאר זיך אראָפּשטעלן, דה. אראָפּנעמען, קעדיי דאָס 
צוריק דעם באלעבאָס פון , גאניידן"-קלייטעלע אָדער אן אנדערן צו פאר- 
קויפן. ער האָט געהאלטן אין איין טראָגן צום טיש און אין איין אוועק- 
טראָגן פון טיש, און די גאנצע צײַט האָט אים דער קאָפּ געארבעט, די 
גאנצע צײַט האָט ער זיך מיט דער דייע געשלאָגן, זיך געייַשעװט, צי 
נעמט ער ניט צופיל אראַפּ, אָדער צי שטעלט ער ניט אפן טיש אוועק אי- 
בעריקס. ער איז אלעמאָל געלאָפן צו די װײַןדקעסטלעך, וועלכע ער האָט 
געהאט אין א באזונדערן צימער אָנגעגרייט, אויסער יענע, װאָס ער האָט 
גלײַך אפן טיש אוועקגעשטעלט, און ער האָט געקוקט אף זיי, געזען און 
זיך מעיאשעוו געווען, וויפל װעט ער קענען, נאָך דעם, װען ער װעט 
די פּריצים אָנשיקערן, פאר זיך און ווידער צום צוריק-פארקויף לאָזן. 

ער האָט, אויסער קאָפּיארבעט, אויך נאָך א געוויסע קרענקונג געהאט 
פון די אָנגעטריבענע מוידן, די אױיסגעבאָדענע, אויסגעוואשענע, וועלכע 
האָבן פארנומען א פולן באזונדערן צימער ערגעץ אין עק אײַנפאָר-הױז 
און האָבן אף זייער צײַט, אֹף זייער ריי געווארט. ער האָט זיך געמאכט 


234 


ניט װויסנדיק, נאָסױינאָטע, װײַל מיט אזוינע זאכן האָט ניט ער, נאָר א 
לעצטער מעשאָרעס, אי דאָס אויך זעלטן, צו טאָן געהאט; אָבער, פילנדיק 
זיי, האָט ער געשפּיגן, און ווען ער האָט דערזען די טיר פון יענעם צימער 
זיך עפענען און א קאָפּ, א קערפּער פון איינער פון יענע זיך ארויסרוקן, 
האָט עס אים געערגערט. ער האָט זײי, קלוימערשט, נישט באמערקט, 
פארבײַגעלאָפן און זיך ניט זעענדיק געמאכט, נאָר אין הארצן האָט ער 
געזיפצט: א בריירע האָט מען? װאָס טוט מען דען ניט צוליב פּארנאָסע? 
ביפראט, אז מע האָט צו טאָן מיט אזוינע, װאָס אָפּזאָגן זיי איז געפער- 
לעך, און ניט נאָכגעבן איז גאָר ניט שײַעך. 

װײַל ריכטיק: נאָסױנאָטע האָט דאָס מאָל צו טאָן געהאט מיטן עמעסן 
בלומען-קראנץ, מיטן עמעסן אױסגעכאָליעטן און אויסגעלאסענעם, װאָס 
נאָר פּריצים קאָנען פון זיך ארויסגעבן. 

פאר אלעמען, מיט אזא, לעמאָשל, װוי מיטן איינציקסטן זון פונעם 
באװוּסטן אפן גאנצן קאנט אלטן גראף קאָזעראָגע, װאָס איז גענוג געווען 
צו קענען דעם אלטן, מע זאָל שוין וויסן, װער דער זון איז. 

דער אלטער אליין איז שוין נישט געװען אָבער לעגענדעס האָבן 
זיך וועגן אים געטראָגן איינע מעשונעדיקער פון דער אנדערער. װוי, 
לעמאַשל, וועגן זײַן לײַדנשאפט פארשיידענע פּאָרצעלײַענע קיילים צו 
זאמלען. גאנצע צימערן האָט ער געהאט אויסגעשטעלט און אָנגעהאטעט 
פון פארשיידענע טיי-שעלעכלעך, טעצלעך, טאצן, וואזעס, בילדער פון 
פּאָרצעלײַ פון פארשיידענע גרייסן, װאָס ער האָט פון פארשיידענע לענ- 
דער זיך אײַנגעשאפט און אויסגעשריבן. 

איז דאָס אים ווײיניק, האָט ער געהאט א צוייטע לײַדנשאפט -- צו 
רייכער-ליולקעס, װאָס אויך מיט זיי האָט ער גאנצע צימערן פארוואל- 
גערט, די װענט באהאנגען, ביז דער סטעליע ארוף און ביז דעם פּאָל 
אונטן -- פון ליים, פון האָלץ, פון בורשטין, פון אלערליי לענדער אײַנ- 
געהאנדלט, פון הי, פון פּערסיע, טערקײַ, אזש פון ווענעציע, און פון אלע 
אנדערע רוכעס ליולקעס. דאן מאטבייעס, און דאפקע, האָט מען דער- 
ציילט, פון פאר דעם אלטן כריסטאָס, אױיסגעגראָבענע, אָפּגעריבענע, שוין 
קיין אויסיעס נישט צו דערקענען און פארן ברייטן אוילעם קיין ווערט, 
און ער, דער אלטער קאָזעראָגע, האָט זיך אין זיי געקאָכעט ביז מעשו- 
גאס, ביז אָפּגעבן א האלבן מאיאָנטעק פאר איינעם אמאָל אן אנטיקל, 
װאָס אין די גרעסטע וועלט-מוזייוּמס איז דאָס א כידעש, אן אויסנאם און 
ביכלאל ניט בענימצע. 

איז מיילע, אָט די אלע לײַדנשאפטן און קאפּריזן נאָך צו דערלײַדן 
כּאָטש פּריצישע, אָבער פאָרט מענטשלעכע. אָבער אף דער עלטער איז 
שוין דער אלטער דול געװאָרן, און ער האָט פריער גענומען זאמלען 
כאלאטן, פון גאָר דער װעלט, דערנאָך גאָר לעבעדיקע באשעפענישן, װי 
פארשיידענע קריפּלען, קאליקעס, קארליקעס פון מענלעכן געשלעכט, פון 
װײַבלעכן געשלעכט, קליינע, פּיצלעך, באנומענע, מיט אלט-געלע פּענע- 
מער און מיט קנייטשן. איז דאָס אים װייניק געווען נאָך אליין דאָס זאמ- 
לען, איז אים אײַנגעפאלן זיי אלע כאסענע צו מאכן און צו פּאָרן, און -- 


239 


.פע, פע", -- האָט מען זיך דערציילט און געשפּיגן, -- און אף די כא- 
סענעס האָט ער גרויס געהוליעט, און א האסאָגע האָט ער געהאט, אז ער 
מיט די געסט זאָלן נאָך בײַזײַן בא דעם, װאָס ס'קומט פאָר נאָך דער 
כאסענע... טאקע שטיין, צוקוקן און מעשונע-שיקער דערבײ, ביז בויך- 
שטעכעניש, זיך קאטשען פון געלעכטער. 

א סאָף האָט ער געהאט א ביטערן. בייסן אופשטאנד האָט ער אליין 
קיין אָנטײל ניט גענומען, װײַל אלט און װײַט פון שלאכטן נאָר דאָס 
מויל האָט ער ניט געהאלטן, און די מאכט, װאָס האָט גוט אזוינע דעמלט 
נאַכגעשפּירט, האָט געװוּסט, װי ער האלט: מאכמעס א מינהעג האָט ער 
זיך געמאכט, אז יעדעס מאָל, ווען עמעצער פון דער מאכט האָט אים באי 
זוכט אין זײַן שלאָס, האָט ער זיך יעדעס מאָל קראנק געמאכט און בא- 
פוילן דעם מאכטהאָבער צו זיך אין שלאָפצימער ברענגען, און יענער 
האָט אים יעדעס מאָל געטראָפן קלוימערשט א שלאָפנדיקן, צו דער וואנט 
אויסגעקערעוועט, און טאָמיד מיט א נאקעטן וי הייסט דאָס, מיט דעם 
אומאַנשטענדיקן טייל קערפּער הויל, נישט צוגעדעקט. ער האָט זיך יעדעס 
מאָל בא יענעמס ארײַנקומען וי אופגעכאפּט און זיך קלוימערשט אנטשול- 
דיקט, אָבער וויסן האָט מען געװוּסט, אז דאָס איז גאָר ניט אומגערן. דאָס 
מאכט ער אומיסטן, קעדיי דערמיט זײַן באציונג און אומערע צו דער 
מאכט ארױיסצוּװײַזן. 

ס'איז דערגאנגען דערצו, װאָס פריַער האָט ער אזוי קלענערע רוסישע 
באאמטע אופגענומען, דערנאָך גרעסערע און נאָך גרעסערע, ביז מ'האָט 
זיך דערפון גאָר אין די הויכע פענצטער דערװוּסט, און דער סאָף איז 
געווען, אז װען ער האָט דאָס זעלבע נאָך פאר א גרויסן מיליטערישן 
מאן געמאכט, וועלכער איז פארבײַ אונדזער קאנט, פארבײ זײַן מאיאָנ- 
טעק, מיט א מיליטער-טייל דורכגעגאנגען, האָט זיך יענער שטארק בא- 
ליידיקט, און אף אייגענער אכרײַעס, זיך בא קיינעם ניט אָנפרעגנדיק, 
אַדער עפשער ניט אף אייגענער, עפשער האָט ער אף דערוף אויך פון 
דער הייך א װוּנק, א דערלױבעניש באקומען, -- נאָר דער סאָף איז 
געווען, אז מע האָט אים, דעם אלטן, מעיוכעסדיקן, ווילד-כאָשעוון פּולישן 
אלטן גראף קאָזעראָגע איבער דעם זעלבן אָפּגענאקעטן טײיל, איבערן 
הוילן, געשמיסן, פּאָשעט, װי ער האָט אָפט זײַנע געוויינלעכע אומבא- 
שיצטע פּויערים, ווען מע האָט זיי די הויזן אראָפּגעלאָזט, און ער זיי -- 
אפן רוקן, אים אָבער, װײַל אן אלטער -- אפן ווייכן... 

דער אלטער האָט דאָס ניט אויסגעהאלטן, און נאָך די שמיץ איז ער 
שוין פון בעט ניט אראָפּ, די גאנצע צײַט פון נאָך יענער מײַסע אָן קיי- 
נעם, אפילע קיין אייגענע, אויסער זײַן באדינער, ניט צוגעלאָזט, אָבער 
אויך אים, דעם באדינער, אין פּאָנעם ניט געקוקט: די גאנצע צײַט מיטן 
פּאָנעם צו דער וואנט, מיטן רוקן צום צימער געלעגן, װײַל ער האָט די 
בושע ניט געקאָנט איבערטראָגן, און אזוי, אן אויסגעקערעװועטער, זײַן 
גראפישע נעשאָמע אָפּגעגעבן. 

דער יונגער גראף, דער איינציקער זון און יוירעש זײַנער, האָט זיך 
פון דער יוגנט אָן אין אויסלאנד אופגעהאלטן, אין א בעלגישן ליעזש 


206 


אָדער אין א שווייצארישער לאָזאנע געלערנט, געשטודירט, קלוימערשט, 
און אינדערעמעסן, איז גענוג געווען נאָר א קוק צו טאָן אף אים, קעדיי 
צו זען און זיך איבערצײַגן, װוּ דער יונג האלט און װאָס פאר א לײַט 
ס'וועצט פון דעם פּארשוין גאָר אינגיכן ווערן. 

ער איז נאָך קיין דרײַסיק ניט אלט געװען, און דאָס פּאָנעם שין 
בלאס אָפּגעצערט, קיין טראָפּן בלוט, און ס'האָט זיך געדאכט, אז מיט 
אָפּענע אויגן שלאָפּט ער. ער פלעגט טאקע אלעמאָל אינדערפרי, ווען דער 
היימישער ראזירער פלעגט צו אים קומען, אים אפן טאָג צו פּוצן און 
ארומראזירן, אינמיטן ראזירן אײַנשלאָפן װוערן, מיטאמאָל דעם קאָפּ פאר- 
לירן, און ער האָט טאקע ניט איין מאָל דעמלט אינמיטן גאָלן א שניט 
געכאפּט. 

ער איז שוין אף האלב אױיסגעבײַטלט געווען, גײַסטלעך און קערפּער- 
לעך. מיילע, גײַסטלעך האָט ער סײַװי ניט געהאט װאָס צו פארלירן, װײַל 
גאָר קיין איבעריקס האָט ער פון זינט ער לעבט נישט געהאט און בעיע- 
רושע נישט באקומען. נאָר קערפּערלעך האָט ער שוין מיט די פיס גע- 
שארפּעט, באלד-באלד, האָט מען געזען (מע האָט קיין גרויסער ווייסער 
און קיין דאָקטער ניט באדארפט זײַן דערוף), װעלן אים די פיס אופ- 
הערן דינען, דאָס לאָשן, װאָס איז אים שוין אזוי אויך געווען האלב געלע- 
גערט, װעט אים באלד אָפּנעמען, דאָס ביסל זיקאָרן, װאָס האָט זיך אים 
אזוי אויך געפּלאָנטערט, װעט זיך אויסלעשן, און אזא פּארשוין װעט 
באלד מיט פארגלייזטע אויגן און מיט שטענדיק רינענדיקע סלינע פון 
איין זײַט מויל אין בעט בלײַבן ליגן, אָדער אין בעסטן פאל װעט מען 
אים נאָך קאָנען אף א קראנקן-וועגעלע מיט ווייכע רעדעלעך ארומפירן, 
װי ס'איז טאקע מיט אים אינדערעמעסן אין די נאָענטסטע אאָרן 
געשען. 

דערװײַל איז ער נאָך אומגעגאנגען, דערװײַל האָט נאָך אין אים א 
געוויס ביסל נישער געצאנקט. דערצו דער איינציקער ירעש פונעם 
אלטן גראף, מיט די הונדערטער דערפער, מאיאָנטקעס, ביר-ברױערײַען, 
גוראלניעס, עקאָנאָמיעס און אנדערע רײַכקײַטן, װאָס ער האָט ניט גע- 
װוּסט װאָס צו טאָן מיט זיי, וי מיט זיך און מיט זײַן שוין האלב דורכ- 
געלעבטער און אָפּגעברענטער צײַט, און מיט אלץ, װאָס איז אים שין 
צוריק געקראָכן. 

דערװײַל איז ער נאָך געווען ער, מיטן פּריצישן פּוץ, דער רײַכסטער 
פון אלע רײַכע אין קאנט, מיט אלע וילדסטע און האלב-אומזיניקע הא- 
סאָגעס, כאָטש שוין מיט א פאָנפענדיקער שפּראך, מיט שארפּענדיקע 
פיס, מיט א לאָרנעט, װאָס אָן אים האָט ער זיך, אפילע אין געוויסן אָרט 
גייענדיק, ניט געקאָנט באגיין, און װאָס אויך מיט אים, וי אָן אים, האָט 
ער גאָרניט געזען, גאָרנישט ניט פארשטאנען, װײַל אין קאָפּ האָט זיך 
אים געלאָשן. 

דערװײַל איז ער בא אונדז אף דער אויבן דערמאַנטער סימכע געווען 
דער אָנגעזעענסטער, װײַל אף זײַן כעזשבן קימאט איז דאָס אלץ אײַנ- 
געאָרדנט געװאָרן, קעדיי זײַן ליידיקגייערישע יאריד-צײַט צו פארהוליען, 


237 


און, נאטירלעך, אויך די אלע אײַנגעלאדענע אף דער סימכע, פון זעלבן 
סאָרט, װוי ער, אָדער האלב וי ער. 

מירן דאָ ניט אויסרעכענען די נעמען פון אלע אָנטײלנעמער אין יענעם 
אַװנט, װײַל, סאָפּקאָלסאָף, זײַנען זי אונדז אלע אלציינס, און גאָר מיט 
קיין סאך האָבן זיך איינס פון אנדערן צום בעסערן ניט אויסגעטיילט. 

אינדערעמעסן, װאָס איז דער כילעק פון יענעם אייניקל פון איינעם א 
באװוּסטן פּולישן װאָיעװאָדע, באקאנט נאָך פון כמעלניצקיס צײַטן, דעם 
גראף געדרויץ, װאָס װי מע האָט דערציילט, האָט ער אויסגעביטן אן 
אלטן װײַנקעלער אף אן אראבישער שטאםישקאפּע, א שיין-פיסיקער, א 
װוּנדערלעך היציקער, און פון אזא שטאלט אין גאנג און מעכטיקײַט אין 
רײַטיגעיעג, אז ער האָט גאָר זײַן װעלט פארגעסן און איבער איר דעם 
קאָפּ פארלוירן; אזוי, אז ווען זי, די שקאפּע, אין אים קראנק געװאָרן 
האָט ער װוּ א קאָנאָװואל פון גאנצן קאנט צונויפגעטריבן, און אז די 
קאָנאָוואלן האָבן ניט געהאָלפן, האָט ער זיך געװענדט צו זנאכערס, און 
אז אויך די זנאכערס ניט -- צו קסיאָנדזן, און כאלעשנדיק און פאלנדיק 
פאר די פיס צו זיי, האָט ער זיי אײַנגעבעטן אָפּצוריכטן א טפילע פארן 
פערד, וי גלײַך פאר אים אליין. 

װאָס פאר א כילעק, זאָגן מיר, צװישן אים, דעם גראף געדרויץ, און 
צװישן איינעם א יונגן פירשט דעניקע, האלב-דײַטש, האלב-פּוילישער 
אָפּשטאמונג, װאָס יענער האָט זיך פארנומען מיט ציכטלען עפּעס א גע- 
וויסן מין כאזיירים, װײַסהאָריקע מיט ראָזעװע פּיסקעס, װי א דרײַער 
די גרייס, און װאָס ספּעציִעלע מענטשן זײַנען צו זיי צוגעשטעלט גע- 
װאָרן אף זיי אזוי אויסצוהאָדעװען, ביז יענע האָבן שוין פון פעטס קיין 
קויעך ניט געהאט אף די פיס צו שטיין, די קנעכל בא זי זײַנען געווען 
צו קרוכקע זייערע אייגענע בערג פלייש אויסצוהאלטן, און זיי פלעגן 
שוין אפילע עסן ליגנדיק, מיט פארמאכטע אויגן, און האָבן טאָג װי נאכט 
נאָר מיט די כאזערשע נעשאָמעס געפאָכעט און שטילע געשטאנקען פון 
זיך ארויסגעלאָזט. דער פירשט האָט קיין בעסער פארגעניגן ניט געהאט, 
וי נאָר צו שטיין לעבן אָט יענע כאזיירים, שאָענלאנג אף זײי צו קוקן 
און אף זייער פעטס זיך פרייען, ווען זיי זײַנען געזונט געוען. אָבער 
לעסאָף פלעגן זיי קראנק װערן, און דער פירשט, צוזאמען מיטן קאָנאָ- 
וואל און מיטן שטאל- און כאזיירים-:היטער, פלעגט בא א טונקעלן לאמ- 
טערן בא זיי נעכטיקן און זיי די נעשאָמעס היטן. דער פירשט האָט זיך 
געשטעלט א ציל זײַנע כאזיירים צו דער גרעסטער װאָג און פעטס- 
נאָרמע צו דערפירן, אָבער די כאזיירים פלעגן די איבערשטאָפּונג ניט 
אויסהאלטן און פלעגן אים אװעקפּײיגערן -- וויי-וויי -- פאר דער נאָרמע... 

װאָס איז דער כילעק צװישן זיי... אלנפאלס, די קאָמפּאניע -- א גע- 
לונגענע, אן אײינהײַטלעכע, און פון איינע פּריציש-פּאראזיטישע מאזאַ- 
לעס. איינער נאָר אן אויסנאם צװישן זיי, איינער א ליסיצין-סווענטי- 
סלאווסקי, א מענטש מיט א צוייענדיקער פאמיליע, סאָפעק רוס, סאָפעק 
פּױל, נישט קיין פּאָרעץ און נישט קיין גוטבאזיצער, ער האָט קיין מאיאָנ- 
טעק אין דער געגנט ניט געהאט, האָט אין שטאָט געדינט בא דער מע- 


0 238 


לוכע, פריַער אמאָל א קליינער באאמטער ערגעץ אין אקציז, דערנאָך, 
איבער עפּעס געוויסע סיבעס, זיך א העכערונג פארדינט, באקומען א 
שטעלע ערגעץ אין א רוסישער שטאָט אין דער שטאָט-פארוואלטונג, 
דערנאָך, מע ווייסט ניט פארװאָס, װידער אהער, אין היגן קאנט, איבער- 
געפירט געװאָרן אין אונדזער שטאָט, אין א, און אויך דאָ אין דער 
אופּראווע. 

דאָס איז, מעגלעך, מיט א געוויסן מיין פון דער הויכער מאכט גע- 
טאָן געװאָרן, קעדיי אים, סווענטיסלאווסקין, דאָ, אין פּריצים-קאנט, אונ- 
טער דער האנט צו האָבן. באזונדערס די לעצטע צײַט פון נאָכן אופ- 
שטאנד, ווען די אופזיכט אף פּריצים האָט זיך געשטארקט, האָט זי אים, 
מעגלעך, געוויסע געהיימע שליכעסן אויסצופילן איבערגעגעבן, מאכמעס 
ער איז שטארק אויסגעקאָכט צװישן פּריצים. מעגלעך.. 

ער איז געווען האלב-ליגנער, האלב-מארשאלעק, האלב-פאט, האלב- 
כיטראק. פון יענע פּארשוינען, װאָס קאָנען לײַכט קריגן אײַנגאנג און 
צוטרוי בא יעדן, און אזוינער, װאָס פּריצים האָבן ליב: א געטרײַער פלאש- 
ברודער, װאָס װוּ א הולקע אין װאָסער-ניט-איז געזעלשאפט, איז ער דאָ: 
מיט רוסן -- געברודערט, מיט פּאָליאקן -- איינס, מיט וועמען ער האָט 
הײַנט געטרונקען, פאר די האָט ער פון די נעכטיקע געלאכט; דאָס לעצטע 
ווערטל, דעם לעצטן אנעקדאָט, אלע סקאנדאליעזע געלט-, פאמיליע- און 
ליבע-געשיכטעס פון יעדן איינעם פון די פּריצים אין היגן קאנט גע- 
װוּסט, מיט יעדן פּאנייבראט און מיטרינקער, און די צוייענדיקע פא- 
מיליע און דער אומבאשטימטער אָפּשטאם האָט אים געדינט, ער זאָל אין 
יעדער סאָרט געזעלשאפט, סײַ בא די שטאָטישע אדמיניסטראציע-לײַט, 
סײַ בא די אָנגעזעענע פּאָליאקן פון קאנט, פאר א זײיעריקן פארעכנט 
ווערן. 

מע האָט אים געזען אומוואנדלען, װי וואנדל-גראָז, פון איינע צו די 
אנדערע, יעדער איינעם האָט ער געהאט אפן אויער וועגן אנדערן װאָס 
אײַנצוראמען. פאר יעדן, װוּ װען מע האָט באדארפט, האָט ער געהאט 
דאָס פּאסיקע ביסל כניפע פארגרייט. דערום אלע טירן פאר אים אָפן, 
אלע בײַטלען פאר אים אופגעשנורעװװעט, אלע סוידעס גרייט פון אים 
אופגענומען װערן, און אלע אויערן, וועלכע דארפן, טאָרן די סוידעס 
ניט פארנעמען, גרייט אין זיי ארײַנצוזאָגן, איבערצוגעבן... 

ס'װאָלט אים געפּאסט זײַן א פּריצישער פּריזשיוואלעק, א באשטענ- 
דיקער קעסט-עסער בא איינעם אָדער בא עטלעכע פרײַנט מעצענאטן פון 
דעם מין, און פון הויף צו הויף לײידיק-צײַטיפארברענגעריש ארומצו- 
פאָרן. ער האָט אָבער, װײַזט אויס, זיך אין שטאָט צו גוט אײַנגעלעבט. ער 
האָט אין איר א גאָר גוטן טאם געפילט, און אויך אין זײַן שטעלע אין 
שטאָט, װאָס אינדערעמעסן איז זי אים, װײַזט אויס, געגעבן געװאָרן 
נאָר לעפּאָנעם, װײַל בא דער ארבעט האָט מען אים זעלטן ווען געזען 
און, װי סװוײַזט אויס, האָט מען פון אים אויך ניט געפאָדערט, וי פון 
קיין אָנגעשטעלטן; און דעריקער-אווודע זײַנע איז געװען -- אומצו- 
שנאָרן, אױיסצושמײַען, אין אלע שפּיץיגעזעלשאפטן אן אייגענער זיך 


239 


ארײַנצודרייען, אן אוער צולייגן, אן אױיג האָבן, צװישן פּריצים-- 
איז פּריצים, צװישן אנדערע -- איז אויך אנדערע, און װוּ ער אליין, 
װוּ זײַן אייגנטלעכע װעלט האָט געשטעקט, איז ניט געװוען צו ויסן, 
צו דערקענען; אז מע ויל -- א פּאָלאָניזירטער רוס, אז מע ויל -- א 
רוסיפיצירטער פּױל, און דעריקער גרייט ביידע פאר א טרונק אָדער פאר 
עפּעס מער צו פארקויפן. 


ער פלעגט אָפט פארשװוּנדן װערן פון שטאָט און אייניקע טעג אף 
דער פּראָװוינץ פארברענגען, אמאָל בא איינעם, בא אן אנדערן פון זײַנע 
לאנגאָניקע באקאנטע טרינק-ברידער און קאָרטן-ישפּילער. באזונדערס אָבער 
ווען װוּ ס'איז א פריילעכע זאך פאָרגעקומען, אן איינציקער גאסט פון 
דער פּראָװוינץ אמאָל, אָדער ווען ס'פלעגן זיך עטלעכע געסט צונויפקו- 
מען, ביפראט איצט, אפן יאריד, װוען אזא סאך זײַנען זיך צונויפגע- 
גאנגען, אין דאָך אוואדע ניט שײַעך אָן אים, אָן סווענטיסלאווסקין. און 
אָט איז אויך ער, ליסיצין-סווענטיסלאווסקי, אף יענער סימכע. 


שוין גלײַך, װי נאָר ס'האָט זיך אָנגעהױבן, װען נישט אלע געסט 
אפילע זײַנען זיך נאָך ניט געהאט צונויפגעגאנגען, אזוי איז שוין דער 
גראף קאָזעראָגע, וועלכער האָט, אפילע ניט טרינקענדיק, אויסגעזען בא- 
טרונקען, אָדער עפשער האָט ער טאקע שוין פון פריַער ערגעץ א קליינע 
קויסע געכאפּט, -- שוין דעמלט האָט דער יונגער גראף יעדעס מאָל, 
ווען דער באלעבאָס, נאָסןינאָטע, האָט זיך צו די פארזאמלטע פּריצים 
באוויזן אף דער שװעל עפּעס צו ברענגען אָדער עפּעס אװעקצוטראָגן, 
וי ס'האָט זיך געפאָדערט פון באדינונג, האָט ער אים יעדעס מאָל מיט א 
שיקערן פינגער א װוּנק געטאָן, ער זאָל צו אים צוגיין, ער דארף אים 
עפּעס האָבן, האָט עס געהייסן, און אז יענער איז צו, האָט אים דער גראף 
אלעמאָל מיט אָפן שיקערער פאראכטונג, גלײַך ער װענדט זיך ניט צו 
קיין מענטשן, צו זײַן-גלײַכן, נאָר צו א היימישער מין כײַע, וועלכע מע 
װאָלט אויסגעדרעסירט, א זאָג געטאָן: 

-- אנו, נאטאן, זאספּיעװײַ מי טאָן פּיאָסענקע... יאק סיע נאזיווא... -- 
און ער האָט זיך בעשום-אויפן ניט געקאָנט דערמאָנען דאָס, װאָס ער 
װיל פון אים, -- יענע ליד, וועלכע ער האָט געמיינט, און געמיינט האָט 
ער די ליד, וועלכע אלע פּריצים פלעגן פאָדערן פון זייערע אונטערגע- 
װאָרפענע ייִדן, ווען זיי, די פּריצים, אופגעלייגט, און ייַדן זײַנען געצװוּג- 
גען געווען, מאכמעס אָפּהענגיקײַט און מוירע האָבנדיק אָפּצוזאָגן, זיי צן 
זינגען. דאָס מיינט מען די באװוּסטע שאבעס-ליד, דעם , מאיאָפעס?. 

יעדעס מאָל האָט זיך נאָסן-נאָטע מיט אן אנדער טערעץ אויסגעדרייט, 
פריִער, קלוימערשט, ניט וויסנדיק, װאָס יענער מיינט, אן אנדערשמאָל, -- 
אים צוזאָגנדיק, אז שפּעטער, שפּעטער... א דריט מאָל מיט באקאָשע און 
גרויס פאָרזיכטיקײַט זיך ארויסגעריסן פונעם גראפס האנט, וועלכע האָט 


15--9 20 


זיך שוין צו זײַן קאפּאָטע געשטרעקט, צו זײַן באָרד-און-פּײיעס און אים 
אזויערנאָך געװאָלט פארהאלטן. 

ס'האָט שוין פון אָנהייב אָן געהאלטן דערבײַ, אז גארלעצקי דער 
פּריסטאוו, װאָס מע וייסט ניט אקוראט, צי די עלטערע נאטשאלסטווע 
האָט, װיסנדיק פונעם פּריצישן צוזאמענקום, אים געשיקט אהער, װי זי 
טוט קעסיידער, קעדיי צו האָבן א װאָסער-ניט-איז אויג פון אירן א בא- 
אמטן אף אלע ויכטיקע צוזאמענקונפטן; צי עפשער אין דאָס זײַן איי- 
גענער אופטו; עפשער איז ער אף אייגענער אכרײַעס געקומען, פילנדיק 
א טרונק, װאָס װעט אים פון הינטנארום (װײַל אין שטוב, צו די פּריצים 
אליין, האָט ער ניט די האָזע און ניט קיין פולמאכטן געהאט ארײַנצוקו- 
מען) דערלאנגט װערן פון באלעבאָס פון אײַנפאָר-הױז, פון נאָסן-נאָטען, 
װען ער װעט שטיין הינטער דער טיר, און אמאָל, װען ער װעט זיך 
דערלויבן די טיר עפענען, אהין דעם קאָפּ ארײַנשטעלן און מע װעט אים 
באמערקן, װעט א פּאָרעץ אים דערלאנגען; מעגלעך אויך, אז דאָס האָט 
גארלעצקין ליסיצין-סווענטיסלאווסקי אײַנגעלאדן, -- צי צוליב עפּעס א 
געוויסן מיין, װאָס ער האָט געהאט דערבײַ, צי עפשער גאָר אָן א מיין. 
דאָס לעצטע, דאָס הייסט די האשאָרע, אז גארלעצקי איז פון סווענטי- 
סלאווסקין אײַנגעלאדן געװאָרן, לייגט זיך אפן זינען און האָט דאָס מאָל א 
געוויסן גרונט געהאט. װײַל דאָס מאָל, האָט מען באמערקט, האָט די 
גאנצע צײַט פון דער הוליאנקע סווענטיסלאווסקי געהאלטן אין איין אין 
זינען האָבן און אלע װײַלע גארלעצקין דורך א האלב-געעפנטער טיר א 
קויסע נאָך א קויסע ארויסדערלאנגען, 

יאָ, ס'האָט שוין געהאלטן דערבײ, אז גארלעצקי דער פּריסטאוו, דער, 
װאָס מיט דעם קארק אין דרײַ פאלדן, דער מיטן ארויסטארטשענדיקן 
בויך-באראבאן, וועלכער האָט קעסיידער געשוויצט, באזונדערס, ווען ער 
האָט געהאט אן אמטלעכע שליכעס אויסצופילן, װי אף א פּאראד אמאָל, 
אָדער אף דער וואך בא אן עלטסטן, און װאָס האָט זיך קעסיידער דעמלט 
מיט א טיכעלע אונטער דעם פליישיקן קארק דעם שוייס געװישט, -- 
האָט שוין געהאלטן דערבײַ, אז גארלעצקי, װאָס איז פריער פאר מוירע 
און, װי פריִער געזאָגט, קיין פולמאכטן נישט האָבנדיק, הינטער דער טיר 
געשטאנען און אינװייניק קיין האָזע ניט געהאט ארײַנצוקומען, האָט 
איצט, גלײַך שוין באם אָנהייב, דערהערנדיק, װאָס אין צימער טוט זיך, 
און מיינענדיק, אז פון אינװייניק װעט אים קיינער ניט באמערקן, האָט 
זיך איצט שוין אלע װײַלע דערלויבט אמאָל די טיר נאָר װעדליק אף א 
קוק צו טאָן אופצועפענען, און אמאָל אויך דעם קאָפּ ארײַנצושטעקן. 

עמעס, ער האָט א טאָעס געהאט: ס'האָט נאָך דאָך ניט געהאלטן אזוי 
װײַט, אז מע זאָל אים לאכלוטן ניט באמערקן, און יעדעס מאָל האָט אים 
פאָרט אן אנדערער דערזען. מע האָט אף אים גלײַך א שפּאסיקן קוק 
געטאָן, װי אף א קאץ, וען זי װײַזט זיך אומגעריכט און טוט שטיל אן 
עפן א פארמאכטע טיר, מע האָט א זאָג געטאָן: פּרסס... און ער האָט גלײַך 
די אויגן און דעם קאָפּ אוועקגעכאפּט און די טיר אײַלנדיק צוריק פאר- 
מאכט. 


241 


דאָס איז פאָרגעקומען שוין צום אָנהײב, װוען אלע געסט זײַנען נאָך 
ניט געווען. שפּעטער א ביסל זײַנען איינער נאָך איינעם פּריצים, אײַנ- 
געלאדענע אין יענעם אָװנט אָנטײל צו נעמען און צוזאמען פארברענגען, 
זיך צונויפגעקומען. אייניקע ניכטער, אנדערע, -- פון זייערע צימערן 
ארויס פון דער זעלבער אכסאניע, אָדער פון אנדערע אײַנפאָר-הײַזער 
קומענדיק, שוין האלב באטרונקען. 

צווישן זיי אויך דער אונדזער, פון א פריַערדיק קאפּיטל באקאנטער, 
רודניצקי, װאָס האָט ניט נאָר צװישן סאָכרים, נאָר אויך צווישן פּריצים 
קיין איבעריק סאָלידן אָנזען און נאָמען ניט געהאט. ער איז יעדעס מאָל, 
אין זײַן געזעלשאפט אפילע, אופגענומען געװאָרן נישט מיט איבעריקן 
צוטרוי -- נישט צו זײַן װאָרט, נישט צו זײַן צוזאָג, צי אפילע גלאט 
צו דעִם, װאָס ער האָט ווען צװישן אנדערע אין א געשפּרעך זײַן װאָרט 
ארײַנגעשטעלט. מע האָט אים װי געקוקט אף די פינגער, נישט גלייבנדיק 
זײַנע הענט, אז זי קאָנען ניט אמאָל עפּעס אוועקנעמען, וען נאַר 
ס'לאָזט זיך, װען א גוטער צופאל, ווען מע קאָן האָפן, אז ס'וועט צו 
קיין זיכערן דורכפאל און ביזאָיען ניט קומען. 

דאָס מאָל האָט אים דער ערשטער באגעגנט דער באלעבאָס און דער 
הויפּטישולדיקער אין דער סימכע, דער פון לעכאטכילע אָן אופגעהיצלטער 
און שיקערלעך-אופגעלייגטער גראף קאָזעראָגע: ער איז מיט שארפּענדיקע 
פיס און האלב שוין געליימטן גאנג אים אנטקעגן געגאנגען, מיט זײַן 
אָפּגעצערט-געפּודערטע צורע, און האלטנדיק דאָס הענטל פון לאָרנעט 
האלבישלאבעריק, האלבינאכלעסיק, האָט ער אפן ארײַנקומענדיקן צוערשט 
א גלײַכגילטיקן קוק געטאָן, און דערנאָך צו אים אזא שטיק שפּאָט ארויס- 
באוויזן, װי צו א פּארשוין, װאָס ערנסט,--אפילע פאראכטנדיקער 
ערנסט, --איז שוין פאר יענעם א צו גרויסער קאַװעד און קאָסטבארע 
מאטבייע, און דאָס איינציקע, מיט וועלכן מע קאָן אים באגעגענען, אין 
מיט שפּאָט און גרינגשעצונג שוין פון יענער מאדרייגע, װאָס באװײַזט, 
אז ביכלאל מאכט מען זיך פון אזוינע קיין וועזן, װײַל אין קיין רעכענונג 
מאכן זיי קיין מינדסטע גרייס ניט אויס... 

ער איז צו אים צוגעגאנגען אינמיטן זײַן שארפּענדיקן גאנג, װי ניט 
צו אים גייענדיק, און וי צופעליק אָנגעשלאָגן זיך מיט אים, האָט אים 
א פאראכטנדיק קליין קלעפּעלע געטאָן מיט דער דלאָניע פון דער לינקער 
האנט אפן שטערן. 

-- הא, זע, רודניצקי, -- האָט ער געזאָגט, -- דאָס ביסטו? 

-- פּאנאָװויע, -- האָט ער אויסגעשריגן, -- זעט, דאָס איז דאָך ער, דער, 
יענער, רודניצקי... װאַס, װי מע זאָגט, דאכט זיך, שפּילט ער אין קאָרטן 
און צאָלט קיין קאָרטןיגעלט, האָט א געליבטע און האָט זי ניט מיט װאָס 
אויסצוהאלטן, לײַט געלט בא ייִדן און צווינגט זיי מיט פּיסטאָלעטן, זי 
זאָלן אים די וועקסלען אָפּגעבן. דאָס איז דאָך ער, פּאנאָװיע, דער, יענער, 
וועלכער... 

דערבײַ האָט ער זיך מיט א האלב שוין געליימטער צונג פארפּלאָנטערט 
און האָט נאָר פארענדיקן געקאָנט מיט א שטיל אומזיניק כיכיקערײ אָן 


242 


טאם און מיט א פוילן מאך מיט דער לינקער לעפל-האנט, מאכמעס ניט 
קאָנענדיק דאָס לעצטע װאָרט, דעם לעצטן געדאנק ארויסברענגען. 

-- כייכידכי, -- האָט ער שיקערלעךישלאבעריק מיט דער האנט געמאכט 
און דערבײַ זיך אָנמעכטיק פארהוסט און אין לעכלדיקן שטילן הוסטן 
זקייניש-אױיװערבאָטעליש זיך פארגאנגען. 

אן אנדער אף רודניצקיס אָרט, א מענטש מיט מער ערע, א מענטש, 
װאָס פילט, אז בענעגייע אים קאָן קיין באליידיקנדיקע באציונג ניט אָנ- 
גיין, װאָלט געוויס אף אזא באליידיקונג, אפילע ווען זי װאָלט אים גע- 
קומען, װי איצט רודניצקין, אין א שפּאס-פאָרם, אנדערש געוויס גע- 
האנדלט. רודניצקי אָבער, װאָס דאָס, װאָס איז אים דאָ געזאָגט און אויס- 
געװאָרפן געװאָרן, האָט ער ערלעך פארדינט און ס'איז אים אָרנטלעך, 
לויט זײַנע פארדינסטן טאקע, געקומען, האָט געמוזט דאָס געזאָגטע אראָפּ- 
שלינגען, אָן קיין שום ווידערשטאנד און אָן שום מינע צו מאכן, אז ער 
האָט די באליידיקונג גאָר אפילע אײַנגעהערט. 

ער האָט שוין געװאָלט אין א זײַט אָפּגײן, צװישן אן אנדער רעדל, 
צװישן וועלכן דער גראף האָט זיך ניט געפונען, זיך ארײַנדרײען זיך 
מאכן פארגעסן, און דאָס געזאָגטע, װי פארבײַ אױיער, דורכלאָזן. האָט 
אים אָבער יענער, דער גראף, נאָכן אָפּהוסטן און נאָכן זקייניש-אויווער- 
באָטלשן לעכעלן אויך אינעם צוייטן רעדל אָפּגעזוכט, און ווידער אויך 
פאר יענע איבערגעכאזערט דאָס, װאָס דאָס ערשטע מאָל, װען ער האָט 
רודניצקין אליין באגעגנט, און דערבײי נאָך צוגעגעבן: 

-- ער זעט, פּאנאָװיע, אז רודניצקי האָט זיך באלײידיקט, איז אויב 
אזוי, אויב ער איז נאָך דערוף פיייַק, איז נאָך ניט אלץ פארפאלן און 
ער איז גרייט אים מיט זײַן פולער גרעפישער ערע באפרידיקן: מיט אים 
אף א דועל און אף פּיסטאָלעטן, און זאָל זיך רודניצקי דאָ, אפן אָרט 
טאקע, זײַנע סעקונדאנטן אױסקלײַבן. 

דערבײַ האָט דער גראף פון א הינטערשטער הויזן-קעשענע א פּיסטאָ- 
לעט ארויסגעצויגן, אים פארן רעדל פּריצים באוויזן, אים פאר רודניצקין 
עטװאָס לענגער געהאלטן... און אויך דאָס האָט רודניצקי געמוזט אראָפּי 
שלינגען, טרייסטנדיק זיך מיטן טערעץ, קלוימערשט, אז װי אלע זעען 
איז דער גראף באזויפן און פון א באזויפענעם איז ניט צו פאָדערן און 
אין אזא שטאנד איז מען פאר גאָרניט פאראנטװאָרטלעך. 

אינדערעמעסן איז שוין דעמלט נישט נאָר דער האלב-קראנקער, שוואכ- 
זיניקער יונגער גראף נישט פאראנטװאָרטלעך געוען, נאָר אויך אלע 
בײַוועזנדיקע, וועלכע האָבן שוין היפּש געהאט אויסגעטרונקען, און וי 
דאָס איז צו זען געווען צוערשט פון דער אומאָרדענונג אפן טיש, דער- 
נאָך אף די פּענעמער פון די, װאָס זײַנען בא אים געזעסן, װי אויך בא 
די, װאָס האָבן זיך שוין אופגעהויבן, ארויסגעגאנגען פון הינטער אים, 
און אינצווייען, דרײַען, און אין רעדלעך און בינטלעך זיך געזאמלט און 
זיך פריילעך אונטערגעהאלטן. 

ס'האָט זיך שוין דעמלט אלעמאָל אן אנדער שיקערן עפּעס אנדערש 
זיך פארגלוסט. איינער איז שוין אלעמאָל אף א בענקל געקראָכן, זיך גע- 


243 


װאָלט ארופשטעלן דעם הענגלאָמפּ אויסלעשן און, ניט באװוּסט פארװאָס, 
צו בלײַבן אין דער פינצטער. און אז ס'האָט זיך אים ניט אײַנגעגעבן צום 
לאָמפּ קומען, האָט ער כאָטש די ליכט געלאָשן. 

אן אנדערן, פארקערט, איז די ליכט געװוען װוײניק, און ער האָט 
געשריגן, מע זאָל װאָס מער אָנצינדן-- ליכט, לאָמפּן, און אויב ס'איז 
ניטאָ, זאָל מען --װאָס איז?! פארװאָס ניט?--די גאנצע שטוב אָנצינדן, 
ס'זאָל ברענען, און די גאנצע גאס, די גאנצע שטאָט מיט דעם גרויסן 
יאָרייאריד באלויכטן. 

-- ער באצאָלט!--האָט ער אויסגעשריגן --ער נעמט אף זיך די 
העזייקעס, סײַ אויב װער פון די דאָ אָנװעזנדיקע װעט לײַדן, און סײַ 
אויך די, װאָס ניט דאָ, װער נאָר ס'נעמט אין יאריד אן אָנטײל, װײַל 
נישקאָשע, -- האָט ער װײַטער געשריגן, -- זײַנע קאפּיטאלן און מאיאָנט- 
קעס װעלן אים קלעקן. 

א דריטער האָט, דערהערנדיק דעם צוייטן, אז ער צאָלט, האָט שוין 
פאר א פערטן זיך געקלאָגט, אז ער האָט שוין טאקע אָפּגעברענט, אז ער 
איז א געליטענער, אז ער איז פון דער סרייפע, פונעם יאריד, הייסט עס, 
ארויס א הוילער און א בלויזער; ער האָט נישט מיט װאָס אהיים צו קו- 
מען, ס'איז אף אים א וילד ראכמאַנעס, פּריצים דארפן עפּעס זען טאָן, 
זײַן נאָמען און ערע אונטערהאלטן, װײַל אז ניט, װעלן אלע פּריצים לײַדן 
ביזיוינעס און אלעמענס נאָמען װעט פארפלעקט און אונטערגעריסן זײַן 

אין שטוב האָט גרויס טומל געהערשט, און די שײַן פון לאָמפּ האָט 
גענומען טונקל װערן פון פול-געפּאקטקײַט, װאָס די שטוב איז געוען 
צו ענג זיי אלע ארײַנצונעמען, פון דער לופטיגעדיכטעניש, פון װײַן- 
און ציגארן-רייכעס. 

אייניקע האָבן שוין די קאָלנערס געװאָרגן, און זיי האָבן זיך פון היץ 
צעשפּיליעט, אנדערע האָבן שוין געזוכט די טיר אף ארויסגיין, א ביסל 
לופט כאפּן און זיך אויך באפרײַען פון דער ניטגוטקײַט, װאָס אין זי 
צום גאָרגל צוגעטראָטן, שוין צום ברעכן; אנדערע האָבן שוין געפּרוּוט 
דאָס לעצטע אין א ווינקל אין שטוב אָפּצוטאָן... און, פארקערט, אנדערע, 
באזונדערס די שפּעטער אָנגעקומענע, איז נאָך דאָס אויסגעטרונקענע ויי- 
ניק געווען, און זיי האָבן געפאָדערט פון די, װאָס האָבן באדינט און צום 
טיש דערלאנגט, װי פונעם באלעבאָס, פון נאָסןנאָטען, װאָס ער האָט 
זיך איצט שיטערער אין שטוב געויזן, מוירע האָבנדיק פאר די שױין 
האלב װילד-געװאָרענע פּריצים אין די אויגן זיך ווארפן, און ער האָט 
שוין געשיקט אנדערע ---מעשאָרסים, דינסטן אף זײַן אָרט, --יענע האָבן 
געפאָדערט, אז מע זאָל נאָך און אלץ אפסנײַ דערלאנגען. 

פארשיידענע װײַנען אין פלעשער, אין בוטליעס, היגע און אויסלענ- 
דישע מארקעס, זײַנען אופגעגעבן געװאָרן, און אײַניקע קענער פון יע- 
נעם מין, פונעם טרונק, װאָס מאכן עס אויך אין דער היים אָפט, האָבן זיך 
געקליגט און געמישט, באשטעלט בא די מעשאָרסים, אז יענע זאָלן צוזא- 
מענמישן מין מיט מין, מין מיט נישט מין פארשיידענע סאָרטן גלי- 
װײַנען, פּונשן, װאָס מער, וויפל מע האָט געטרונקען, האָט זיך שוין אפן 


244 


טיש, אפן דיל געגאָסן. די האנאָע פון דעם אלעם װײיניק, דערפאר אָבער 
דער טומל ביז צו דער סטעליע, און ער האָט געזוכט אן אָרט דורך דער 
סטעליע אפן דאך ארופקומען. 

גארלעצקי דער פּריסטאוו, װאָס אלעמאָל איז אים אן אנדער גלאָז פון 
אן אנדער מין און סאָרט אונטערגעטראָגן געװאָרן, פונעם באלעבאָס פון 
הויז, אויך -- און דעריקער -- פון ליסיצין-יסווענטיסלאווסקין, װאָס ער האָט 
אים איבער עפּעס, װײַזט אויס, די גאנצע צײַט אין אויג געהאט, אים װי 
אָפּנעהיט אף וען ער װעט אים דארפן --גארלעצקי דער פּריסטאו, 
װאָס האָט שוין אזויפיל אין זיך, פון יענער זײַט טיר שטייענדיק, ארײַנ- 
געגאָסן, זיך אָנגעזשליאָקעט מער פון א האלב צענדליק געסט געװויס, 
און װאָס דער זויף האָט זיך שוין שטארק אָנגעזען אף אים, דעריקער 
אף זײַן טיכל, װאָס ער האָט מיט דעם די גאנצע צײַט דעם שווייס גע- 
ווישט, פריער פון וואך-אייפער, װי ס'געשעט מיט אים באשטענדיק, און 
איצט אויך פון היץ און פון װײַן, -- ער, גארלעצקי, האָט שוין איצט, דעם 
טומל אין שטוב זעענדיק, זעענדיק, אז ס'באמערקט אים שוין קיינער, 
האָט זיך שוין איצט דערלויבט די טירשוין א ביסל אָפן האלטן, און 
אלעמאָל, װען ס'האָט זיך אים פארװאָלט, דעם קאָפּ אהין ארײַנגע- 
שטעלט. 

קיינער האָט אים שוין טאקע ניט באמערקט, אויסער נאָר, װי געזאָגט, 
סווענטיסלאווסקי, װאָס האָט די גאנצע צײַט געהאלטן פון איין רעדל צו 
אנדערן צוגיין, אומעטום א װאָרט ארײַנגעשטעלט, קעדיי צו װײַזן, אז 
ער נעמט אָנטייל אין טומל, אין די געשפּרעכן; אינדערעמעסן אָבער האָט 
ער, קימאט ניט הערנדיק, װאָס ער האָט נאָרװאָס געזאָגט אין דעם 
ערשטן רעדל, שוין אן אוער צוגעלייגט צו א צוייטן, זיך פון ערשטן 
אָפּגעקערעװעט און אינעם צווייטן ארײַנגעזאָגט, קעדיי אויך באלד פונעם 
צווייטן זיך אָפּקערעװען. 

דערבײַ זײַנען בא אים די אויגן, װי בא א מויז, אומגעלאָפן, געזוכט, 
גענישטערט, װי אף עפּעס זיך צו פארהאלטן, און װוּ נאָר זײַן אוער 
האָט געכאפּט עפּעס אזוינס, װאָס האָט זיך אים געדאכט ויכטיקס, אהין 
האָבן זיך אויך באלד גלײַך זײַנע אויגן נאָכגעװענדט. 

כאָטש אויך ער האָט געטרונקען, אָבער דאָך אין אזא מאָס און אף 
אזויפיל נאָר, אז ער זאָל נאָך די מעגלעכקײַט האָבן ניכטער צו זען און 
הערן אלץ, װאָס אין שטוב און אין גרויסן טומל קומט פאָר, װאָס ס'ווערט 
פון וועמען ווען געזאָגט אָדער אויסגעשריגן, --אופצוכאפּן, צו פארגע- 
דענקען און אין זיקאָרן פארבאהאלטן, 

דערבײַ האָט זיך א ספּעציִעלע קונסט געפאָדערט: אי ניכטער זײַן 
אי צו האָבן געטרונקען, אי זיך מאכן ניט הערנדיק, אי הערן, אז אנדערע 
זאָלן ניט באמערקן. דערוף אָבער איז ער געווען ער ---סווענטיסלאווסקי, 
דערוף בארופן, װײַזט אויס, פון דער נאטור, און אויך מאכמעס דעם, 
אפּאָנעם, װײַל זײַנע אינטערעסן האָבן דאָס פון אים געפאָדערט. די מע- 
לאָכע איז געווען א שװוערע, אָבער אין גרויסן טומל, װאָס האָט שוין 
דעמלט געהערשט, אין דער אראָפּגעזעצטער האלב-טונקעלער שײַן, אין 


249 


דער אומאַרדענונג און שיקערן הויהא, איז דאָס שוין, אין א געוויסער 
מאָס, געווען גרינגער דורכצופירן. 

פּריצים זײַנען שוין געווען אזוי פארטראסקעט, אזוי איבערפולט און 
איבערגעזויפן, אז אייניקע האָבן זיך שוין אף די גלײַכע װענט געדרא- 
פּעט, געמיינט אין שיקערן שטאנד, אז זיי געפינען זיך אין דער היים 
און אז זיי קלעטערן אף די העכערע שטאָקן ארוף צו זיך אין די צימערן, 
וועלנדיק זיך אין די בעטן לייגן און אָפּרוען. 

אנדערע, מער קרעפטיקערע, װאָס האָבן זיך נאָך אף די פיס געקאָנט 
האלטן, אָבער װאָס די קעפּ האָבן זיי שוין שוואך געדינט, האָבן איינער 
פארן אנדערן גערעדט, געטײַנעט, און איינס דאָס אנדערע ניט פארשטא- 
נען, װײַל די צונגען זײַנען בא זיי געווען פארשיידענע און, בעבענדיק 
און טעלעפּענדיק, האָבן ארויסגעבראכט אומזיניקײַטן. 

אייניקע האָבן זיך פאר באקאנטע און אומבאקאנטע בארימט מיט 
זיײיערע גליקן, מיט זייערע רײַכטימער, און כאָטש שיקער, דאָך פּריצישן 
פאסאָן געהאלטן. אנדערע, פארקערט, האָבן אין צושטאנד פון אָפנהארצי- 
קײַט ארויסגעלייגט און אויסגעבעבעט דאָס, װאָס ניכטערערהייט האלט 
מען עס בעסאָד און אונטער זיבן שלעסער -- זיך געקלאָגט אף באלדיקן 
באנקראָט אָדער ערעוויבאנקראָט, און אלס רײַע דערצו האָבן זיי פאר די, 
פאר וועלכע זיי האָבן זיך געקלאָגט, איבערגעקערט די קעשענעס אף דער 
אנדערער זײַט, באוויזן, אז זיי זײַנען לײידיק, כאָטש גיי, הייסט עס, לאָז 
זיך איבער די הײַזער... 

ביכלאל האָט מען געזען, און מער וי געזען, געפילט, אז בא פּריצים 
איז אפן הארצן עפּעס אָנגעזאָלעט. ווען ניכטער, נאטירלעך, װאָלטן זי 
דאָס ניט ארויסגעוויזן, איצט אָבער איז, לויט פיל סימאָנים, דאָס קלאָר 
געווען צו דערקענען. 

אזוי, לעמאָשל, האָט דער פירשט דעניקע, דער געוויסער כאזיירימ- 
ציכטלער, װאָס האָט א ביסל אליין אויך אויסגעזען אזא: פעט און קורץ- 
האָריק, נידעריק געשוירן, -- האָט די גאנצע צײַט, נאָך דעם, װי ער איז 
אונטער דער ווירקונג פון די אויסגעטרונקענע קויסעס ארונטער, געהאלטן 
דעם קאָפּ אף איין זײַט אפן טיש אָנגעשפּארט, געלעגן און געקרעכצט וי 
א כאזער, װאָס דאָס פעטס איז אים אונטערגעגאנגען. וויפל מע האָט אים 
ניט געשטורכעט, געפּרוּווט אים פון אָרט רירן, ער זאָל זיך אופשטעלן, 
זיך אופהייבן, האָט ניט געהאָלפן, און יעדעס מאָל נאָר האָט ער, װי א 
קראנקער כאזער, ווען מע רירט אים, מע טאָרקעט אים, פון בויך א כריוק 
ארויסגעלאָזט. דאָס הייסט, ער הערט, אָבער רירן זיך פון אָרט װויל ער 
ניט, איז ער ניט בעקויעך. 

דעם גראף געדרויץ האָט זיך די גאנצע צײַט א קאָשמאר געדאכט, אז 
ער שפּילט אין קאָרטן, אז ער האָט שוין אלץ פארשפּילט, און איצט מוז 
ער דאָס איינציקע, די געליבטע שקאפּע אין קאָן אײַנשטעלן -- זײַן לעצט, 
זײַן איינציק ציטעריק שטיק מאזל, װאָס זײַן גאנץ גליק און גוירל הענגט 
איצט אָפּ פון דעם. און אָט פירט ער דאָס ארויס, דאָס פערד, פאר פּריצים, 
וועלכע האלטן מיט אים אינמיטן דער שפּיל: טפּרר. ער האלט דאָס פארן 


240 


צײַמל, בלײַבט מיט דעם שטיין, מע זעט, די אויגן קריכן אים פון קאָפּ: 
די האנט, װאָס האלט דאָס צײַמל, ציטערט: טפּררר. ער שטייט און ווארט, 
פּריצים זאָלן דאָס באװוּנדערן, און הייסט דערוף קאָרטן געבן --,גיט 
קאָרטן!" -- האָט ער געשריגן, יאָ, ער האָט דאָס אײַנגעשטעלט, דאָס אייני 
ציקע... 

אזוי דער אפילע האלב-קראנקער קאָזעראָגע, דער אייגנטלעכער שול- 
דיקער אין אָט דער סימכע, װאָס צוערשט איז ער שטארק האָפּערדיק גע- 
ווען אף זײַן אויפן, דה. אף וויפל זײַנע שארפּענדיקע פיס און האלב- 
צוגעשלאָגענער זיקאָרן, טעלעפּענדיקע צונג און בלינדלעכער, גאָרניט 
זעענדיקער בליק האָבן דאָס אים דערלויבט, -- ער, װאָס איז צום אָנהייב 
אומגעגאנגען מײַסע באלעבאָס, יעדן נײַ-אָנגעקומענעם גאסט אנטקעגן 
געגאנגען, אופגענומען, שוואכזיניק זיך געווערטלט, צום טיש אײַנגעלאדן, 
געבעטן טרינקען, ביז ער האָט אין יענעם פארגעסן און א נײַ-אָנגעקומע- 
נעם אנטקעגן געגאנגען: --אויך ער, דער גראף קאָזעראָגע, האָט איצט 
אויסגעזען מיד, טיף אונטערגעבראָכן, די פיס האָבן אים מער ניט געדינט 
זיך ארומצושלעפּן, דאָס מויל-- כאָטש װאָסיניט-איז ארויסצוברענגען, און 
ער איז שוין צעלייגט געלעגן מיט די פיס שטארק אויסגעצויגן פאר זיך 
אף א שטול, אף דעם איינציקן ווייכן פאָטעל אין צימער. 

ער האָט אויסגעזען קראנק, בלאס, גלײַכגילטיק צו אלעם דעם, װאָס 
ס'קומט פאר אים דאָ פאָר;: אָבער, אויסער דעם, מיט נאָך עפּעס א שטיקל 
שווערער, שלעכטער שטימונג, אף וויפל צו אזא פּארשוין קאָנען אויך 
געוויינלעכע מענטשלעכע שטימונגען צושטיין. די שלעכטע שטימונג האָט 
זיך אים גענומען, מעגלעך, ביכלאל פון די געדריקטע געשעפטן דאָ אפן 
יאריד, װוי בא אלע הײַנט, און װאָס דערפאר, מעגלעך, אין אָט די דאָזיקע 
סימכע, צוליב צעשטרייונג, אײַנגעאָרדנט געװאָרן. מעגלעך אָבער, אויך 
איבער אן אנדער װאָסער-ניט-איז סיבע -- וער ווייסט בא אים, בא קאָ- 
זעראָגען: מעגלעך, פון זײַן קרענק, װאָס האָט אים שוין גענומען נאָענט- 
נאָענט צום הארצן צוצוטרעטן, און אף וויפל ער איז נאָך פיייַק געווען 
צו דענקען, האָט ער, אינמיטן די גרעסטע סימכעס אפילע, דעם מוט און 
דאָס לעצט ביסל קראפט און קוראזש פארלוירן, אויסן געבליבן, אויסגע- 
שעפּט, און איז ליגן געבליבן מיט אויסגעצויגענע פיס פאר זיך. 

וי סזאָל ניט זײַן, נאָר אויך ער, דער באלעבאָס אליין, דער שולדי- 
קער פון דער סימכע, נישט מיט אלעם. און בא אזא לאגע װאָלט אן 
אנדערשמאָל נאטירלעך געווען, אז די סימכע זאָל זיך פּאמעלעך-פּאמעלעך 
אויסלעשן, אײינציקװײַז, אײינציקװײַז זאָל יעדער איינער פון די געסט, 
צי פון װעלן אָפּברעכן צי אין אנדער באדערפעניש זיך נייטנדיק, די טיר 
געפינען, ארויסגיין און זיך צוריק מער ניט אומקערן, און אויס, וי 
ס'ענדיקן זיך טאָמיד אזוינע סאָרטן סימכעס. 

האָט אָבער דאָס מאָל געטראָפן, אז װי נאָר ס'האָט שוין טאקע בא 
דעם געהאלטן, װי נאָר די פּריצים האָבן זיך שוין טאקע געהאלטן באם 
צעקריכן, אזוי האָבן זיי, -- װי באטרונקען זיי זײַנען נישט געווען, בא- 
מערקט, װי איינער א זײיעריקער, װאָס איז די גאנצע צײַט געשטאנען 


27 


און מיט פארמאכטע אויגן זיך עפּעס שיקער-לעמלדיק געשאָקלט מיטן 
פּאָנעם צו דער וואנט, אף וועלכער ס'איז געהאנגען דער פּאָרטרעט, וועגן 
וועלכן מיר האָבן פריִער דערמאַנט--- דער ביליק-פארביקער לובאָק, דער 
לובאָק מיט דער קייסער-צורע, --אזוי האָבן זיי באמערקט, אז וי יענער 
האָט עפּעס פּלוצעם דעם קאָפּ א הייב געטאָן און דערזען, װער ס'הענגט 
איבער אים, אזוי האָט ער א גײי געטאָן אף צוריק עטלעכע שפּאן, זיך 
גלײַך אנטקעגן פּאָרטרעט געשטעלט, און אזוי, שטייענדיק און קוקנדיק 
אף אים, האָט ער זיך פּלוצעם צעלאכט: צעלאכט מיטן פולן מויל, מיטן 
פּאָנעם און מיט די אויגן, װאָס האָבן זיך אים װי ניכטער אופגעעפנט; 
זיך צעלאכט אזוי, גלײַך עטלעכע פּאָר הענט האָבן אים ערגעץ אין פאר- 
באָרגענע ערטער גענומען קיצלען; אזוי, אז אלע האָבן, קוקנדיק אף אים, 
זיך פון זײַן געלעכטער אָנגעשטעקט, אלע האָבן איינער דעם אנדערן, 
מיט א פינגער אפן פּארשוין און אפן פּאָרטרעט אָנװײַזנדיק, זיך גע- 
קאטשעט, יעדערנס לאכנדיק פּאָנעם און טײַטלדיקער פינגער האָט דעם 
צווייטנס געלעכטער געטאָפּלט, געדרײַפאכט און דערפירט דעם אנדערן 
צו קראמף אין בויך; אזוי, אז װוער ס'װואָלט דעמלט אָנגעקומען פון דרויסן 
אין יענער שטוב, אין יענעם צימער ארײַן, װאָלט געמיינט, אז ער האָט 
אין א קרײַז װויסטע מעשוגאָיִם אָנגעטראָפן, פון וועלכע אָדער ער װאָלט 
זיך דערשראָקן און װאָלט גלײַך צוריק ארויס אין דרויסן, אָדער ער װאָלט 
זיך אליין אָנגעשטעקט און צוזאמען מיט אלע מעשוגע מיטגעלאכט. 

-- זע, -- האָט יענער, דער ערשטער, װאָס האָט באם אוילעם דעם 
געלעכטער ארויסגערופן, אויסגעשריגן, -- זע, דאָס איז דאָך ער, דער גע- 
וויסער קיניג אכאשוויירעש, װאָס פון הוידו ביז קוש, פון װװײַסן ביז 
שווארצן יאם: אף קאזאנער, אסטראכאנער און קרימער כאנעס; אף זא- 
פּאָראָזשער סיעטש; אף פּױלן, ליטע און זשמוד אונדזערע.. 

ער האָט זיך אָפּגעשטעלט, פארהאקט, דער רעדנער. דער שיקערער 
געדאנק האָט זיך אים איבערגעריסן, קיין װערטער האָבן אים ניט גע- 
סטײַעט, און ער האָט, מאכמעס מאנגל אין געדאנק און אין װאָרט, פאר- 
ענדיקט מיט א שפּײַ. 

-- טפו! טפו! -- האָט זיך בא אלע, ווילנדיק צי ניט וילנדיק, ארויס- 
געריסן, און אלע האָבן אין כאָר אױיסגעשפּיגן. -- טפו! 

פונעם שפּײַ און פונעם ערנסט, װאָס האָט דעמלט פּלוצעם װי אלעמען 
אויסגעניכטערט געמאכט, האָט זיך אופגעכאפּט אפילע אזא, װי דעניקע, 
וועלכער איז די גאנצע צײַט אפן טיש אָנגעבויגן מיט א זײַט קאָפּ גע- 
שלאָפן, האָט א קראנקן כאזער נאָכגעמאכט און שװער געאָטעמט, װי 
יענער. 

ער האָט זיך אופגעכאפּט, האָט די אויגן געעפנט און דערזען אלע, 
ווער ס'האָט פריִער געזוכט די טיר אף ארויסגיין, אלע, ער ס'האָט זיך 
פּריִער אף די װענט געדראפּעט, אויך די, װאָס האָבן נאָך געהאט, וי ער 
האָט געדענקט, געטרונקען, אליין אָדער אינצווייען, אין קאָמפּאניעס, -- 
אלע זײַנען איצט מיטאמאָל, װי פון א קאלטן שפּריץ דערפרישט, בלאס, 
האלב אופגעוואכט געשטאנען, ניט גערעדט און ניט געזאָגט גאָרניט. 


248 


דער ערנסט פון דעם, װאָס אלע פּריצים האָבן זיך איצט אנטקעגן 
פּאָרטרעט געשטעלט, געשטאנען און נאָרװאָס אויסגעשפּיגן, האָט בא אלע 
דאָס װײַטערדיקע לאָשן פון מויל צוגענומען. נאָך מער: אלע האָבן זיך 
מיטאמאָל, װי צום סייכל קומענדיק, אפילע ארומגעקוקט, זען, צי ס'איז 
ניטאָ צװישן זיי אזוינער, װאָס זײַן אָנװעזנהײַט איז ניט איבעריקס אין 
אזא פאל געװוּנטשן. 

אלע האָבן זיך מיטאמאָל װי דערמאָנט אין גארלעצקי דעם פּריסטאוו, 
װאָס די גאנצע צײַט האָבן זיי שוואך געדענקט זײַן געפינען זיך פון 
הינטער יענער זײַט טיר, און ווען יאָ געדענקט, האָט ער זי ניט אויס- 
געמאכט, עלעהיי א הונט דאָרט. איצט האָבן זיי זיך אין אים דערמאָנט, 
און עפשער ניט אזוי אין אים, נאָר ביכלאל אין דער טיר, װאָס װער 
ווייסט, װוער ס'קאָן צופעליק אין איר ארײַנקוקן, אָדער גאָר אומגעריכט 
אין איר אריינגיין, זיך באװײַזן? 

נאטירלעך, אז די אייגענע, --דה. יענע אלע, וועלכע זײַנען בא דער 
נאַרװאָסיקער געשעעניש אין שטוב בײַגעװען, האָט קיינער ניט כוישעד 
געווען, אפילע ניט סווענטיסלאווסקין, װאָס ער ס'װואָלט אף אים דעמלט 
א רעכט-פאָרשנדיקן בליק געטאָן, װאָלט געזען, אז כשאד בענעגייע אים 
איז שוין דאפקע גאָר ניט אזוי איבעריק. אזויווי קיינער אָבער האָט אים, 
װי די אלע אייגענע, אין וועלכע מ'איז גוט זיכער געווען, אפן זינען ניט 
גענומען און צום שלעכטן און צום ערגערן ניט אויסגעטיילט, און אזויווי 
דאָס פּריצישע בייזע בלוט איז שוין, שטייענדיק אנטקעגן דעם, אנטקעגן 
וועמען זיי זײַנען נאָרװאָס ארוױיסגעטראָטן, שוין שטארק צעקאָכט געווען; 
דערמאַנענדיק זיך אלע אוולעס, װאָס איז יעדערן פון זיי אליין באגאנגען 
געװאָרן, אוולעס בענעגייע זיי אליין, װאָס בא זיי האָט מען נאָר געוויסע 
רעכט און פּריווילעגיעס גערויבט, אָבער, סאָפּקאָלסאָף, איז זיי נאָך גענוג 
און היפּשלעך פארמעגן געבליבן; אָבער דעריקער דערמאַנענדיק זיך אין 
יענע אלע, וועלכע זיי האָבן געקענט, געװוּסט, װאָס ניט נאָר זייער פאר- 
מעגן גערויבט, קאָנפיסקירט און פון דער מעלוכע צוגענומען געװאָרן, נאָר 
אויך זיי אליין פאריאָגט, אין װײַטן סיביר פארטריבן, אָדער גאָר אנדערע, 
װאָס זײַנען צעהאנגען, צעשאָסן און ביז טוט פארשמיסן געװאָרן; דער- 
מאָנענדיק זיך דאָס אלץ, האָבן פּריצים זיך מער ניט געקאָנט אופהאלטן 
פון פאראכטן דעם, װאָס אף דער וואנט פאר זיי, דעם, װאָס איז אף דער 
וואנט געהאנגען און האָט צו זיי אין קייזערלעכער זיכערקײַט אראָפּגע- 
קוקט, און, וי זיי האָט זיך געדאכט, זיך נאָך גערייצט מיט זײי, אז קיינער 
פון זיי װעט ניט וואגן ניט נאָר אים אליין, דעם לעבעדיקן, נאָר אפילע 
אָט דאָס ביליקע געמעל אף דער ביליקער וואנט אין דער ביליקער אכסא- 
ניע אָנצורירן; -- אָט דאָס האָבן שוין פּריצים נישט געקאָנט איבערטראָגן, 
און װוי ניט ניכטער זיי זײַנען שוין געווען, האָבן דאָך אלע מיטאמאָל װי 
זיך אָפּגערעדט, די פויסטן אין דער ריכטונג צום פּאַָרטרעט א הייב געטאָן, 
אײינער האָט דערבײַ געדראָעט מיט װערטער --אים, דעם פּארשוין פון 
פּאָרטרעט, אין צורע צו דערלאנגען; אן אנדערער דערמיט--אז זאָל ער 
געדענקען, אז דער מישפּעט מיט אים איז נאָך ניט געענדיקט: און א 


249 


דריטער האָט, דעם פויסט אנטקעגן פּאָרטרעט האלטנדיק, זיך שוין געהאט 
צעזונגען די געוויסע ליד וועגן פּוילן... און ס'האָט שוין געהאלטן דערבלי, 
אז באלד װעלן אלע דאָס געזאנג אונטערכאפּן, און, מעגלעך, דערמיט 
װאָלט זיך די זאך געווען פארענדיקט און פּריצים װאָלטן דערנאָך, װאָס 
װײַטער אלץ מער ניכטער וערנדיק, נאָך דער נישטיקער װאָרט-מילכאָמע 
מיטן פּאָרטרעט, אין אָנמעכטיקײַט און פּאכדאָנעס די שטוב געװוען פאר- 
לאָזט און אין זייערע צימערן זיך צעקראָכן. 

האָט אָבער געטראָפן, אז אין דעם מאָמענט, ווען יענער, דער זינגער, 
האָט די ליד פארצויגן, אזוי האָט פּלוצעם, -- קיינער האָט ניט באמערקט 
פון װוּ און פונוואנען, -- זיך דערהערט א שאָס. ווען אלע זײַנען געפּלעפט 
און דערשראָקן געבליבן, זיך ארומקוקנדיק, פונוואנען גייט ער, פונוואנען 
קומט ער, דער שאָס, אזוי האָבן זיי דערזען, װי דער יונגער, האלב- 
קראנקער גראף קאָזעראָגע איז געשטאנען א בלאסער, מיט איין האנט 
אַנגעשפּארט אין הענטל פון זײַן שטול, און אין דער אנדערער האָט ער א 
פּיסטאָלעט געהאלטן. ער האָט שוין איין מאָל, װײַזט אויס, אויסגעשאָסן, 
און אויך צום צווייטן מאָל האָט ער זיך געפּרוּװוט דאָס שיס-צינגל מיט 
א שלאבעריקן פינגער צו ציען און געװאָלט צום צוייטן מאָל דאָס פון 
אָרט רירן; אָבער צי פון שלאבעריקײַט, צי פון דערשרעק, האָט עס זיך 
ניט געלאָזט, און אָנשטאָט א שאָס פון זײַן, פון גראפס, פּיסטאָלעט, האָט 
זיך פון אן אנדער ווינקל, --נישט וויסנדיק װוידער פון וועמען און פונ- 
וואנען, ---א צווייטער דערהערט. 

אגעוו, קוקנדיק אפן גראף, האָט זיך געדאכט, אז פון אזא האנט, וי 
זײַנע, אין זײַן שטאנד, אין זײַן שלאבעריקײַט, האָט אויך דער ערשטער 
שאָס ניט געקאַנט קומען, און א גרויסע סװאָרע, אז דאָס האָט עמעצער 
א צווייטער, אים מיטן פּיסטאָלעט דערזעענדיק, פאר אים און פאר זײַן 
שלאבעריקײַט אויסגעשאָסן, און דעם גראפס אויסגעשטרעקטע האנט נאָר 
פאר זײַנער א שירמע אויסגענוצט. 

וי ס'זאָל ניט זײַן, נאָר באלד האָבן אלע די אויגן אויסגעקערעװועט 
אהין, װוּהין דער שאָס איז געצילט געװאָרן. מ'האָט דערזען, אז דער 
פּאַרטרעט איז אין דער קרוין און אין דער ברוסט געלעכערט, די דורכ- 
געשאָסענע לעכלעך רייכערן זיך נאָך, דער פּאָרטרעט געשענדעט און 
פארשעמט, און אף אלע פּענעמער, דאָס צוקוקנדיק, א שטומע איימע. 

-- פּאנאָװויע, װער האָט דאָס געטאָן?--האָט זיך, װי פון א פרעמדן 
נישט פון קיינעם פון די בײַװעזנדיקע, א קאָל דערהערט, גלײַך פון איינעם, 
װאָס האָט פּלוצלינג, די טיר עפענענדיק, אין שטוב זיך ארײַנגעשטעלט. 

ווירקלעך: דערהערנדיק א שאָס, האָט זיך גארלעצקי, וי פארוויפן 
ער איז ניט געווען פון די פיל קויסעס, װאָס ער האָט באקומען דערלאנגט 
סײַ פונעם באלעבאָס נאָסױנאָטען, סײַ נאָך מער פון סװענטיסלאווסקין, 
װאָס ער האָט אים די גאנצע צײַט אונטערגעטראָגן געהיים, הינטנארום 
און אז קיינער זאָל ניט זען, --װי. שיקער גארלעצקי איז ניט געװען 
האָט ער דאָך, דערהערנדיק ארויסקומען א שאָס פון שטוב, װי אופגע- 
וואכט, דער מאכט-מענטש און אָרדענונגיהיטער האָט זיך אין אים אופ- 


290 


געכאפּט, און ער האָט האלב-דרייסט, האלב-דערשראָקן די טיר אופגעעפנט 
און דעם קאָפּ ארײַנגעשטעקט. 

סווענטיסלאווסקי אָבער האָט, ריכטנדיק זיך דערוף, אים זײַן קאָפּ 
גלײַך בא דער טיר שוין באגעגנט און אים בארויקט. אים געהייסן זי 
פארמאכן, אזוי, אז דאָס קאָל, א סװאָרע, די װערטער ,ער האָט דאָס 
געטאָן, פּאנאָװיע? זײַנען גאָר ניט פון גארלעצקין, נאָר פון אן אנדערן 
וועמען געקומען. 

פּריצים האָבן גלײַך פארשטאנען, מיט װאָס דאָס שמעקט, בא אלע 
האָבן די צורעס אויסגעזען, װי איין שולד אף אלע, װײַל אלע טאקע 
שולדיק, און אויב דער ערשטער שאָס, האָט מען געמיינט, איז זיכער 
געקומען פונעם גראף, איז אין דעם צווייטן, װאָס מע האָט שוין ניט בא- 
מערקט פון וועמען, האָט מען שוין יעדערן פון זיי געקאָנט כוישעד זײַן 

אין דער מינוט אויך, -- מע ווייסט ניט װער, --נאָר עפּעס האָט עמע- 
צער אף א בענקל זיך ארופגעכאפּט און די ליכט אױיסגעלאָשן --די ליכט 
פונעם הענגענדיקן בליץ-לאָמפּ, דערנאָך האָבן שוין אלע, פאר אומבא- 
װוּסטער מוירע, װײַזט אויס, װאָס האָט אלעמען ארומגעכאפּט, װער ס'האָט 
לעבן זיך אפן טיש א ליכט שטיין געהאט, אויך זי אויסגעלאָשן. 

מע איז געבליבן אין דער פינצטער. מע האָט געקאָנט מיינען, אז דאָס 
האָט מען געטאָן צוליב הײימלעכקײַט וועגן, װי קעדיי איינער אפן אנדערן 
ניט צו קוקן, װי זיך צו באדענקען, און עפשער אויך, אז אין דֶער פינצטער 
זאָל יעדערער די מעגלעכקײַט האָבן ווייניט-איז זיך אָן שולד אָדער ויי- 
ניקער שולדיק ארויסרוקן. 

אין דער זעלבער מינוט איז דער פּאָרטרעט אף דער ואנט ניט גע- 
בליבן. וויפל די פּריצים האָבן אים דערנאָך ניט געזוכט, איז ער װי אין 
דער ערד מיט די שפּורן פארשוונדן. 

אין דער מינוט אויך האָט אין איינער און דער זעלבער צײַט קימאט 
יעדערער בא זײַן אויער עפּעס איינעם א מענטשנס מויל דערפילט, װוּהין 
דאָס מויל האָט, אײַלנדיק און װוי בעסאָד, ארײַנגעזאָגט: 

-- פּריצים, די זאך איז ערנסט, סלאָזט זיך נאָך פאריכטן, נאָר מ'דארף 
געלט, אפולע געלט. 

דערבײַ האָט דאָס מויל אָנגערופן אזא סאָרט סומע, װאָס האָט יעדן 
צוהערער געמאכט אופציטערן פיל מער נאָך, װי פון דעם נאָרװאָס פאָר- 
געקומענעם, װאָס האָט געשמעקט מיט מעלוכע-פאראט, מיט באליידיקן זײַן 
מאיעסטעט דעם קייסער, און דערפאר, אין אזא צײַט, און צו אזוינע, װי 
צו זיי, וי צו די פּריצים, קאָן אָנגעװענדט װערן דאָס שטרענגסטע,-- 
אָנגעהױיבן פון שמיץ, פון פארשיקן, ביז, מעגלעך, טויט-שטראָף אפילע. 

די אָנגערופענע סומע אָבער איז העכער געוען ניט נאָר פון די בא- 
גרענעצטע פּריצישע מעגלעכקײַטן איצט דאָ אפן שלעכטן, האלב-טויטן 
יאריד, נאָר אויך אפילע, ווען ניט שלעכט, וען אין אנדערע צײַטן א 
גרויסע -- נישט נאָר פאר איין פּאָרעץ, נאָר אפילע פאר א סאך, ווען זי 
וועלן זיך צונויפלייגן. 

-- די זאך האלט שלעכט, -- האָט דאָס מויל ווידער אין יעדער אויער 


21 


ארײַנגערעדט, -- זאָלן זיך פּריצים באדענקען. ס'איז בא א ייִדן אף דער 
אכסאניע, דערבײַ אויך א פאָרשטייער פון דער מאכט, מאָרגן קאָן דאָס 
איבערגעגעבן װערן, װוּ מע דארף, אף גאנץ שטאָט זיך צעטראָגן.. דער 
מאמאַשעסדיקער באװײַז, דער פּאַרטרעט, -- פארשוװוּנדן, װער װוייסט, אין 
וועמענס הענט ער האָט ארײַנגעטראָפן, מע דארף זען אים אויסגעפינען 
און פארניכטן. אלץ איז נאָך מעגלעך. מע דארף נאָר גוט באשמירן. אניט 
זאָלן פּריצים דערנאָך קיין כאראָטע ניט האָבן 


+ + :: 


אף א שפּעטיבאנאכטיקער באראטונג צװישן פּריצים אין יענער זעלבער 
טאקע אכסאניע, װוּ דער הופּט-אָנפירער און דער הופּט-אײיצעגעבער 
דעמלט איז געווען סווענטיסלאווסקי, מאכמעס אלע איבעריקע דערשראָ- 
קענע, איז באשלאָסן געװאָרן: דאָס געלט צונויפנעמען און דאָס פארטיילן, 
וועמען ער, סווענטיסלאווסקי, װעט געפינען פאר נייטיק. 

אלע זײַנען שוין איצט איבער עפּעס זיכער געװוען, אז דאָס געלט 
בלײַבט בא אים, אז אויך דער פּאָרטרעט בא אים. יענעם אָװנט איז ער 
פון אלעמען דערקענט געװאָרן. אָבער קיין אנדער בריירע איז ניט געווען, 
וי נאָר אָדער אים דאָ, אין אכסאניע, צו דערשטיקן, װאָס אף דערוף 
זײַנען, װײַזט אויס, קיין באלאָנים און קיין אײַנשטעלער נישט געװען 
אָדער זשע זיך לאָזן נארן און פון אים, קלוימערשט, באזאָרגט װערן 
און דאָס האָט מען טאקע געטאָן. און דאָס איינציקע, װאָס מע האָט נאָר 
געקאָנט אין אזא לאגע, איז געװען--בא אים אף א קלענערער סומע 
אויסדינגען, װאָס דאָס האָט מען אויך געטאָן: זיך אויסגעדונגען, אָבער װי 
קלענער זי איז ניט געווען, די סומע, דאָך איז זי נאָך געװען אף אזוי- 
פיל גרויס, אז וועגן דעם, ויאזוי זי צונויפנעמען, זאָל זיך, בא די 
איצטיקע באדינגונגען, קיין איין פּריצישער מויעך ניט קאָנען פאָרשטעלן, 

-- און געלט, פּריצים? 

-- געלט איז בא די ייִדן. מע מוז זיך זען ווענדן צו זיי, ייַדן װועלן 
די פּריצים ניט פארלאָזן, זיי אויסלייזן, זיי אין די נויטן שטיין. 

און דאָס האָט שוין אף זיך גענומען אליין סווענטיסלאווסקי, וועלכער 
האָס געקאַנט די זאך אזוי אויסלייגן און פאָרשטעלן, אז דער אינטערעס 
פון די פּריצים אליין, -- דאָ געמיינט די סאקאָנע, װאָס אין זיי פאָרגע- 
שטאנען, -- זאָל אויך אלגעמיינער שטאָטישער אינטערעס און שטאָטישע 
סאקאָנע ווערן. דערוף איז ער געווען א בעריע, און דאָס דורכצופירן האָט 
ער זיך אונטערגענומען. 


+ *+ *+ 


וולאזוי סווענטיסלאווסקי איז דערנאָך געקומען צו רעב דודין, צו 
אונדזער באקאנטן און באװוּסטן ראָוו אין שטאָט און אויך אף דער גאנ- 
צער געגנט--- צי אליין, צי דורך עפּעס עמעצנס פארמיטלונג פון איינעם 
זײַנעם א באקאנטן ייִדן -- ווייסן מיר ניט. מיר ווייסן נאָר, אז שוין אֹף 


292 


מאָרגן איז צו רעב דודין אינמיטן גאנצפרי, אינמיטן יאריד, ווען מענטשן 
זײַנען אזוי פארנומען און די צײַט אזא ברענענדיקע, אן אסיפע צונויפ- 
גערופן געװאָרן. נאטירלעך, פון , פּנײ", נאטירלעך, אויך, אז דאָס מאָל 
ניט פון ראבאָנים און גלאט כשוּווים, נאָר דעריקער טאקע געלטלײַט, 
רײַכע, װאָס צו זיי האָט ער, רעב דודי, זיך מיט יענעם איניען געווענדט, 
און װאָס דעריקער פון זיי האָט מען אין דעם פאל געקאָנט עפּעס ווארטן. 

אויסגעלייגט האָט רעב דודי די זאך אזוי, אז דער איניען איז דאָס 
מאָל נעגייע ניט נאָר פּריצים, נאָר אויך קימאט גאנץ ייַדישן קאָהאָל. 

-- זאָל מען נאָר באטראכטן, -- האָט רעב דודי געזאָגט, -- דאָ שמעקט 
מיט מערידע, און אזוינע זאכן ווערן ניט געשענקט. די שולדיקע װעלן 
געוויס זייער שטראָף און ערלעך אויסקומעניש באקומען. װאָס דאָס 
הייסט -- ווייסן אלע. די פּריצים קאָנען זיך אליין ניט אויסקויפן, פּריצים 
זײַנען פארבאָדן אין כויוועס -- ביכלאל, באזונדערס אָבער נאָך דאָס יאָר, 
ווען געלט איז אזוי קנאפּ, איבער דער אומגערעטעניש. 

-- מע דארף געדענקען, -- האָט רעב דודי פאָרגעזעצט, ---אז אויב פּרי- 
צים װעלן דאָ לײַדן, וװעלן מיטלײַדן מיט זיי ניט נאָר פיל דאָרפס-ייִדן -- 
שענקערס, ארענדארעס, פּאָסעסאָרס, -- נאָר אויך שטאָט-לײַט, מיט וועלכע 
די פּריצים זײַנען פארבונדן מיט געלט-אייסאָקים. ער מיינט אויך בעסוי- 
כעם אלע די, װאָס זיצן דאָ, װאָס האָבן זיך צו אים אף דער אסיפע צו- 
נויפגענומען. 

-- זאָל מען דערמיט געדענקען: נעמט מען זיי צו, די פּריצים, אזוי 
מעגן זיך אלע מיט זייערע כויוועס אָפּגעזעגענען. טוען מיר אָבער פאר- 
קערט און שלעפּן זיי ארויס פון דער צאָרע, אזוי װעלן פּריצים די זאך 
געדענקען, און ייִדן װעלן דערפון גרויסע טויוועס האָבן. 

עמעס, ס'איז אויך דאָ א געפאר, אז אויב, כאָלילע, מע זאָל זיך דער- 
פון דערוויסן, אז ייִדן האָבן זיך אין אזא זאך געמישט, קאָן זײַן א בילבל 
אף קאָהאָל. די זאך איז אָבער באװאָרנט: דער איינציקער, װאָס איז בלי- 
געווען בייס יענער מײַסע, און וועלכער קאָן שלעכט איידעס זאָגן, מיינט 
דאָ ניט מער, וי נאָר ארויסציען פאר זיך א געוויסע טויוועס-האנאָע, א 
געוויסע סומע געלט. זיכערע מענטשן פארזיכערן, אז מער װי געלט איז 
דאָ יענער ניט אויסן. א סװאָרע אויך, אז אין דער גאנצער מײַסע איז ער 
אליין טאקע דער שולדיקער. א סװאָרע אויך, הייסט עס, אז דאָס האָבן 
ניט די פּריצים געשאָסן, נאָר יענער אליין טאקע, דער, װאָס האָט שוין, 
װײַזט אויס, לאנג פארטראכט פון אזא מײַסע רײַך צו װערן, און איצט 
האָט אים דער גליקלעכער פאל געטראָפן --אן אױסװוּרף, א מאָסער. בא- 
װײַזן קאָן מען דאָס ניט, דער פּארשוין אליין אָבער איז מיט זײַן בא- 
שולדיקונג; זעט מען, ניט איבעריק זיכער, ער אײַלט דערום דאָס ניט 
קאַשער פארדינטע געלט ארײַנצובאקומען, קעדיי װאָס גיכער אליין פון 
דעם אייסעק זיך ארויסדרייען, פּאָטער װערן. דער פּאָרטרעט געפינט זיך 
בא אים, ער װעט קיין געלט ניט באקומען, ביז ער װעט פאר די פּריצים 
ניט געבראכט ווערן, זיי איבערגעגעבן, אֹף אים צו פארניכטן; מוירע 
האָבן, אז דערנאָך, נאָכן געלט באקומען, זאָל יענער ווידער די זאך ניט 


203 


אופוועקן און ווידער פארמאסערן, דארף מען ניט, װײַל, ערשטנס, װוער 
װעט אים גלייבן אָן א באװײַז; און דעריקער, װאָס דעמלט שטעקט ער 
אליין אין סאקאָנע: טאָמער װועט די פּריצימס אומשולדיקײַט באויזן 
ווערן, און אלץ קאָן ארופגעװאָרפן װערן אף אים דערפאר, װאָס ער האָט 
אזא זאך געטאָן צוליב ריינעם שווינדל. ביז דער באװײַז אָבער איו בא 
אים, האָבן פּריצים, מאכמעס מוירע מיט אים זיך אָנצוהייבן, באשלאָסן 
נאָכגעבן. קיין געלט אָבער איז בא קיינעם ניטאָ, און ער, דער פּארשוין, 
אײַלט, פאָדערט: הײַנט, באלד, שוין, אניט, װאָרנט ער, איז שלעכט, קאָן 
די זאך איבערגעגעבן ווערן װײַטער, װאָס דעמלט װעט שוין קיין זאך 
ניט פּױעלן. מע מוז זיך דערום אן אייצע געבן, און הײַנט, מאָרגן דאָס 
געלט ארײַנקריגן. 

-- ער ווייסט, רעב דודי, אז בא אלעמען איז איצט ענג, אז אין געלט 
איז גרויסער מאנגל, אָבער די טויווע פון די פּריצים און די טויווע פון 
אלעמען פאָדערט, מע זאָל טאָן, װאָס נאָר מעגלעך, און האשעמייסבאָרעך 
װועט העלפן. 

איינער פון די, צו וועמען רעב דודיס רייד זײַנען געװוענדט געוען 
אין אָט דער דאָזיקער אפגיך צונויפגערופענער אסיפע, איז געווען אויך 
מוישע מאשבער, װאָס וועדליק זײַן נאָמען און אָנזען אין שטאָט, און אף 
וויפל אויך אים איז אָנגעגאנגען אָט דער איניען, מאכמעס אויך ער האָט 
דאָך בא די פּריצים מיט גרויסע סומעס געשטעקט, איז אויך אף אים 
איצט אויסגעפאלן א געוויסן טייל געלט ארײַנצוקריגן. 

ער, װי אלע איבעריקע, האָבן זיך, נאטירלעך, צוערשט שטארק אופ- 
גערעגט, און אויסהערנדיק די מײַסע, האָבן די ערשטע מינוטן געמיינט 
און זיך געװאָלט פונעם גאנצן איניען אָפּשאָקלען: װאָס דארפן מיר זיך 
מישן, און זאָלן די פּריצים-מאיאסעניקעס טאָן, װאָס זיי ווילן. אז מע 
האָט אָבער נאָכאמאָל און נאָכאמאָל די מײַסע אפן געדאנק גענומען און 
זי פון אלע זײַטן פארהאנדלט און אן ערנסטן טראכט געטאָן פון די 
פאָלגן, װאָס קאָנען זיך פאר יעדן איינציקן פון די אָנטײלנעמער אין 
דער אסיפע באקומען, און אויך טאקע פאר א גרויסן טייל ייַדן, װאָס 
ניט דאָ אף דער אסיפע, -- האָט מען, סאָפּקאָלסאָף, דערזען, אז ס'איז איין 
בריירע, אז קיינער, אויסער די פארזאמלטע, איז דאָ טאקע ניט אימשטאנד 
עפּעס צו טאָן, און אז טאָן מוז מען. האָט מען געקרעכצט און זיך אין 
די קעפּ און אין די בערד געקראצט, אָבער ענדלעך האָט מען זיך געמוזט 
אונטערגעבן, אז יעדערער, וויפל ס'איז אף אים אויסגעפאלן און ארופ- 
געלייגט געװאָרן, האָט געמוזט צוזאָגן אויספילן און טאקע שפּעטסטנס 
מאָרגן דאָס געלט צושטעלן, 

אז מוישע מאשבער האָט זיך דעמלט, גלײַך פון רעב דודין גייענדיק, 
צו זיך אין קאָנטאָר ארײַן באוויזן, האָט ער באלד זײַן איידעם, דעם 
אונדז באקאנטן נאָכעם לענטשער, אין באראטונגס-צימער ארײַנגערופן. 
ער האָט אים, װי א פארטרויוּנגס-מאן אין אלע זײַנע איניאָנים, אויך דעם 
איניען און די זאך מיט די פּריצים איבערדערציילט און איבערגעגעבן, 
זיך מיט אים וועגן דעם אויסגעייצעט, און, דעריקער, אים א פרעג געטאָן; 


165 254 


-- װי האלט עס בא אונדז הײַנט מיטן קאסע-באלאנס? 

-- באלאנס איז באלאנס, אָבער די קאסע אין ליידיק, -- האָט נאָכעם 
געזאָגט, -- איר ווייסט דאָס אליין, שװוער, און עך האָב אײַך ניט װאָס צו 
דערציילן, 

ער איז גערעכט געווען, נאָכעם: מוישע מאשבער האָט, ניט פרעגנדיק, 
אליין זייער גוט די לאגע געװוּסט; געװוּסט, אז ס'איז ניט קיין יאריד, 
נאָר א סרייפע -- פאר אלעמען, באזונדערס אָבער פאר אזוינע, וי ער, 
פאר געלט- און קאַנטאָר-לײַט, װאָס האָבן פאר דער צײַט גאָרנישט ניט 
ארײַנבאקומען. קיינער פון די באלכויוועס האָט דאָס יאָר, ניט װי אלעמאָל, 
אפילע אף דער שװועל זיך ניט געוויזן, װי יעדעס מאָל אין דער צײַט, װאָס 
מע איז געוווינט קומען -- מיט פריילעך אופגעלייגטע פּענעמער זיך צע- 
צאָלן און וועגן נײַעם אָפּצורעדן, געשפּרעכן פירן. פארקערט, אויב עמע- 
צער האָט זיך יאָ געוויזן, האָט מען אים גלײַך אין דער נאָז דערקענט, 
אינעם טרויעריקלעך-שולדיקן בליק, אז געקומען איז ער נאָר בעטן די 
זמאנים פון די וועקסלען צו פארלענגערן, און עפשער ועט זיך אים אויך 
אײַנגעבן, אויסער דער אלטער האלװאָע, אויך א נײַע ארײַנצוקריגן. 

מוישע האָט דאָס זייער גוט געװוּסט, דאָך האָט ער אנדערש, װי יאַ 
אָנטײל צו נעמען אין דער נײַער האלװאָע פאר די פּריצים, נישט געקאָנט 
טאָן. זײַן נאָמען און זײַן שטעל האָט דאָס געפאָדערט, זײַן שעם און זײַן 
לאגע צװוישן סאָכרים. אָפּזאָגן זיך װאָלט געהייסן, אז ער איז מיט עפּעס 
הינטערשטעליק, אז אין די געשעפטן בא אים איז ניט איבעריק, װאָס 
דערצו טאָר קיינער, ביפראט אזא, וי ער, מוישע, נישט דערלאָזן. 

באזונדערס האָט ער דאָס געמוזט איצט, נאָך דעם װי אפן יאריד-- 
מע ווייסט ניט פונוואנען ס'האָט געשטאמט, צי פון רודניצקי דעם פּאָרעץ 
אליין, וועלכער האָט זיך, מעגלעך, בעשאס שיקרעס פאר עמעצן אויסגע- 
רעדט, צי ייִדן מעקלער האָבן אליין די זאך אױסגעשנאָרעט און געוווירע 
געװאָרן, -- נאָך דעם, אז מע האָט זיך דערװוּסט, אז רודניצקי האָט מוישען 
א גרויסע סומע אָנגעזעצט, און אויך די גאנצע מײַסע, ויַאזוי ער האָט בא 
נאָכעמען די וועקסלען אויסגענארט, און צװוישן סאָכרים און מעקלער האָט 
מען דערפון היפּש גערעדט, און דאָס, װאָס מוישע האָט דאָס ביז אהער 
פארשטעלט, פארבאהאלטן, אז קיינער זאָל דערפון ניט וויסן, האָט מען 
אױיסגעטײַטשט צו שלעכטן--,א סימען --האָט מען געזאָגט, --אז בא 
מוישען איז שוין גאָר ניט אזוי פויגלדיק, װאָרעם ווען ניט, איז װאָס אין 
דאָ צו באהאלטן?,.? 

ס'האָט שוין געהאלטן אפילע דערבײַ, אז מוישעס באשטענדיקע פּראָ- 
מילניקעס, די, װאָס קריכן קיינמאָל ניט ארויס פון קאָנטאָר, און װאָס 
יעדעס װאָרט, װאָס זיי ווענדן זיך צו אים מיקויעך געשעפט, װערט 
באגלייט פון זיי מיט א היפש ביסל כניפע און אונטערלעקערײַ, װי שאָ- 
לעם שמאריאָן און צאלי דערבארעמדיקער און נאָך, -- האָט שוין געהאלטן 
דערבײיַ, אז געוווירע ווערנדיק יענע זאך און, אפּאָנעם, ברויגעז זײַענדיק, 
פארװאָס זיי אליין האָבן דאָס ביזן יאריד ניט פאָרויסגעפילט, פאָרויסגע- 
טראָפן -- האָבן אים שוין מיט א מין באליידיקנדיקער האָזע אָפט אין די 


299 


אויגן געקוקט, װי זיך בארימענדיק, אז זיי ווייסן פון דעם, פון יענער 
זאך, װאָס ער האָט ניט געװאָלט און ס'האָט אים ניט געלוינט, אז מע 
זאָל וויסן. 

יאָ, ס'האָט שוין געהאלטן אויך דערבײַ.. מוישע האָט דערום איצט 
געמוזט זײַן שעם אין שטאָט אונטערהאלטן, -- פאר אלעם, פאר פאָכרים, 
געלט-לײַט, װאָס ער האָט מיט זיי צוזאמען אין דער אסיפע בא רעב דודי 
דעם ראָוו אָנטײל גענומען, און אויך פאר די געלט-מעקלער, וי ווידער 
פאר א שמאריאָנען, פאר א דערבארעמדיקער, װאָס טאָמער װעלן זי 
געוווירע ווערן פון דער מײַסע מיט די פּריצים (כאָטש דערװײַל אין דאָס 
נאָך פאר אלעם געװוען א סאָד), און אז אלע האָבן זיך מיט א געוויסער 
סומע באשטײַערט, אויסער אים, מוישען, װעט זיך דאָס שוין אוואדע 
שלעכט קלינגען, און די פּראָמילניקעס, געלט-מעקלער װעלן שוין מיט 
רעכט דעמלט די האָזע קעגן אים פארמערן. 

ער האָט דערום, גלײַך נאָכן אויסייצען זיך מיט נאָכעמען, די מעקלער 
ארײַנגערופן, האָט אף זיך א געוויינלעכע שטאָלץינעגידישע מינע אָנגע- 
צויגן,. א מין גלײַכגילטיקע, גלײַך דער אופטראָג, װאָס ער גיט זיי דאָ, 
איז א געוויינלעכער קאָנטאָר-אופטראָג, װאָס אלע טאָג זײַנען אזוינע 
מעגלעך און שײַעך, און נעמלעך: ער דארף הײַנט-צױטאָג א געוויסע 
סומע געלט האָבן, זיי מוזן זי אים זען קריגן. און קעדיי זיי אונטער- 
צוײַלן, און קעדיי זיי זאָלן פארשפּאָרן צוריק אין קאָנטאָר קומען נאָך 
מוישעס וועקסלען, ווען זיי װעלן קריגן די ערטער, װוּ צו אנטלײַען 
האָט ער זיי שוין אפן אָרט טאקע אונטערגעשריבענע וועקסלען געגעבן, 
זי אָפּגעכאסמעט אף קלענערע און אף גאָר קליינע סומעס, װאָרעם גע- 
װוּסט האָט ער, אז גרויס געלט אין איין האנט צו קריגן װעט איצט זײַן 
אומעגלעך און אז בא דער בעסטער פּײיַקײַט פון זײַנע מעקלער און 
פּראָמילניקעס, איז דאָס אצינד אפילע אויך פאר זיי אויסגעשלאָסן. 

נאָכן אוועקגיין פון די מעקלערס האָט מוישע, אליין בא זיך אין 
צימער בלײַבנדיק, אָפּט געקרעכצט. ער האָט אלע װײַלע ביידע הענט-- 
די רעכטע און די לינקע -- צו זײַן ברוסט צוגעלייגט, די בוזעםיקעשענעס 
אָנטאפּנדיק, װי ס'טוען נעגידים טאָמיד, ווען אופגעלייגט און אין גרויס 
באָטועך זײַן אין זיך, און ער האָט זיי איצט ליידיק געפונען--א זאך, 
צו וועלכער ער איז די לעצטע יאָרן פון גרויסער געדולע נישט געווינט, 
א זאך, װאָס האָט אים, פון אומגעװײינלעכקײַט, אויסגעזען מעשונע און 
אומגלייבלעך, 

ס'האָט אים אין הארצן א קיל געטאָן. ער האָט דעם גאנצן טאָג דער- 
נאָך געהאט ניט קיין גוטן. באזונדערס נאָך פארנאכט פון זעלבן טאָג, 
ווען מע האָט שוין געזאָלט די קאָנטאָר שליסן, װוען פארן טאָג איזן אים 
צום דערפרייען גאָרנישט צוגעקומען, און ווען די פּראָמילניקעס, די 
מעקלער, האָבן זיך צוריק אין קאָנטאָר אומגעקערט, און זיי האָבן אים 
דאפקע דאָס געפאָדערטע געלט יאָ געבראכט, אָבער ער האָט געזען, אז 
ס'איז נאָך גרויס מי און לאנג זוכעניש זי אָנגעקומען; דעמלט, אז ער 
האָט געװאָלט דערגיין און זיך דערוויסן, װוּ, בא וועמען האָבן זי דאָס 


16--9 296 


געלט געקראָגן און אין וועמעס הענט זײַנען זײַנע וועקסלען ארײַנגע- 
פאלן, פארשטייענדיק, אז דאָס מאָל, מאכמעס געלט-מאנגל, זײַנען זי 
ארײַנגעפאלן ניט צו קיין איבעריק באװוּסטע און כשוּוים, האָט צאלי 
דערבארעמדיקער אים א זאָג געטאָן, אז זײַן כיילעק האָט ער געקראָגן: 

-- ווייסט איר בא וועמען?--און דערבײַ האָט צאלי עפּעס א שאָדן- 
פּריידיקע און שמייכלענדיק-באליידיקנדיקע צורע געהאט. 

-- בא וועמען? 

-- בא אזא, װאָס קיין בען-אָדאָם האָט זיך גאָר קיינמאָל ניט געקאָנט 
ריכטן, אז אזוינער איז אפילע לעבן געלט געלעגן. 

-- בא וועמען זשע? 

-- בא יענעם, בא דעם אײַנגײיער אין די נעגידישע הײַזער, בא דעם 
מרוק, בא דעם מיט דער ערד-קאָלירענער קאפּאָטע און מיטן לאקירענעם 
דאשעק, בא סרולי גאָל, 

-- בא אים?;--האָט מוישע אזש א געשריי ארױסגעלאָזט פון פאר- 
װוּנדערונג. און פון נישט װעלן גלייבן, האָט ער זײַנע אויערן נישט גע- 
טרויט, און װי ער איז אזוי לעבן זײַן שטול געשטאנען, אזוי האָט ער 
זיך, פון מאטקײַט אין די קני, מיטאמאָל אין אים אראָפּגעלאָזט. 

-- בא איִם, בא סרולין? װער האָט עס אים געהייסן? װוער דערלויבט? 
ער איז מעשוגע געװאָרן, צי דול, צי בא אלע געדאנקען? 

-- װאָס איז?---איז שוין דאָס מאָל צאלי, פון מידקײַט פונעם גאנצן 
טאָג, װײַזט אויס, ארומלויפן און, דעריקער, דערפאר, װאָס נאָך מײַסע 
רודניצקי האָט זיך זײַן דערעכערעץ צו מוישען א ביסל אײַנגעשרומפּן, 
קלענער געװאָרן -- איצט מיט לאָשן ארויס: 

-- װאָס איז? געלט האָט קיין רייעך ניט, רעב מוישע, געלט שמעקט 
ניט! געלט איז געלט, בא וועמען ס'זאָל ניט זײַן און בא װעמען ס'אָל 
זיך ניט געפינען, אבי ס'געפינט זיך, אבי נאָר ס'איז דאָ. 

-- אָבער... ס'איז דאָך אומעגלעך! װי קומט צו אים, צו אזא גאָר 
געלט פּלוצעם?--- האָט מוישע ווידער אויסגעשריגן. 

-- ס'ניט אונדזער זאך. אבי ער האָט. אבי ס'ניט פאלש געמאכט,-- 
האָט צאלי געענטפערט. 

מוישע איז נאָך דעם געשפּרעך אחיים געקומען א שטארק פארביטער- 
טער. ס'האָט זיך אים די גאנצע צײַט אין קאָפּ ניט פּאָטופּעט, װי קיינער, 
װאָס װאָלט דערפון פריִער ניט געװוּסט און מע זאָל אים פּלוצלינג אזא 
זאך דערציילן. מיר אָבער, װאָס מיר ווייסן, כידעשן זיך ניט און בעטן 
דאָס פארגעדענקען: אז אָט דעמלט, אפן יאריד, יענעם טאַג, װאָס נאָך דער 
מײַסע מיט די פּריצים און נאָך דער אסיפע בא רעב דודין און נאָך דעם, 
וי מוישע האָט זײַנע מעקלער אפן שטאָט ארויסגעשיקט אים געלט זוכן, 
איז מוישע מאשבער, וי ס'איז אים זייער און זייער ניט אָנגענעם געווען, 
דאָך יענעם טאָג סרוליס באלכויון געװאָרן. ער, מוישע, -- דער, װאָס האָט 
זיך גענייטיקט, יענער, סרולי, --דער, װאָס האָט אים ארױיסגעהאָלפן 
ער, מוישע, -- דער, װאָס אז ער האָט זיך אין ביידע בוזעםיקעשענעס 
געטאפּט, האָט ער זיי געפונען ליידיק, און סרולי--דער, װאָס ווען ער 


297 


וואָלט דעמלט די הענט צו דער ברוסט צוגעלייגט, װאָלט ער אין בוזעם- 
טאש מוישע מאשבערס וועקסלען אָנגעטאפּט. לאָמיר דאָס פארגעדענקעףן! 

מירן ניט דערציילן, ויאזוי, װוּ און אין װאָס פאר אן אָרט איז צװישן 
צאלין און סרולין דאָס געשעפט -- דאָס געלט געבן און נעמען--אָפּגע- 
מאכט געװאָרן. מירן נישט דערציילן, װײַל איבעריק. ס'איז גענוג נאָר 
צו וויסן, אז אזויווי סרולי האָט זיך דאָך שוין געהאט, װי אין א פריַע- 
ריקן קאפּיטל דערמאָנט, צו צאלין געװענדט וועגן אָט דעם איניען, און 
צאלי האָט זיך דעמלט געקװענקלט, צי דאָס פאר ערנסט אָנעמען, צי 
ניט, אָבער, סאָפּקאָלסאָף, האָט ער דאָס יאָ אָנגענומען, דאָס פארגעדענקט, 
איז דערום דאָס מאָל, ווען ער איז אין מוישעס שליכעס געגאנגען, אין 
אים יענער אפן זינען געקומען, און ער האָט אים געזוכט, און סרולי, פון 
זײַן זײַט, װידער, האָט אויך אים, צאלין, --די גאנצע צײַט, איז דערום 
נאטירלעך, אז ווען צוויי זוכן זיך, קומט זיי אמאָל אויך דער צופאל צו 
הילבֿ,..- װי ‏ אויך דאָס ‏ מאַָל איז ער שו וצאלקוטאטן ‏ סרולין 
געקומען. 

אזוי, אז די זאך איז געמאכט געװאָרן, דאָס געשעפט געשלאָסן. װי 
סרולי האָט זיך דערנאָך געפילט, --איז אונדז ניט באװוּסט. ניט בא- 
װוּסט אויך אפילע דער מין, װאָס ער האָט געמיינט דערבײַ--מיטן 
וװועלן מוישען פאר א באלכויוו צו האָבן. מעגלעך, אז דעמלט האָט ער 
נאָך אליין ניט גענוג געװוּסט. מיר ווייסן נאָר, אז מוישע האָט זיך, װי 
געזאָגט,. שטארק באטריבט און וי פון דער האזשגאַָכע באלײידיקט גע- 
האלטן. פאר אלעם, פון דער האשגאָכע, װאָס זי האָט אים דאָ עפּעס א 
קאפּצאָנישן פינגער געויזן, עפּעס א מין סימען, אז רײַכקײַט אין ניט 
פעסט, אז איבעריק דערמיט זיך איבערנעמען און גרויס האלטן דארף מען 
ניט. א סימען: אָט האָט ער הײַנט גאָר צו אזא, װי צו סרולין, באדארפט 
אָנקומען, צו דעם, וועלכן ער האָט ערשט אים פון שטוב געטריבן, װי א 
לעצטן און וי אזוינעם, װאָס מע דארף פאר אים אין קיין פאל ניט יויצע- 
זײַן. דאָס -- פון דער האזשגאָכע. דעריקער אָבער האָט מוישען געארט, 
װאָס די זאך קאָן און װעט באװוּסט און צעטראָגן וערן. דאָס װעט קליג- 
גען פאר אלע, עמעס, װי א שפּאס, װי א גלײַכװערטל. אָבער דאָך װעט 
מען אים אין מויל האלטן צוזאמען מיט יענעם, אין פארבינדונג נאָך מיט 
אזא זאך, װי ער איז יענעם נאָך געלט שולדיק. דאָס קלינגט שוין גאָר, 
גאָר ניט געהויבן. אלנפאלס --מיט א ביזאָיען און אומאָנגענעמלעכקײַט, 
מיט אזא, װאָס בעסער איז, ווען אזוינס טרעפט זיך מיט אנדערע, ניט 
מיט אים -- בעסער מיט זײַנע סאָנים. 

מוישע האָט דעמלט, אהיים קומענדיק, א פארביטערט-פרומלעכן מל- 
רעוו געדאוונט. ער האָט ניט געגעסן און גלײַך שלאָפן געגאנגען, און 
אייגענע האָבן ניט געפרעגט -- פארװאָס, װײַל זײי האָבן געפילט, אז 
עפּעס איז ער פארצאָרנט. ער האָט זיך אויך אין שלאָף אומרויק געפילט, 
אזוי לאנג, ביז דער אומרו און די פארביטערטקײַט האָט זיך אים, װי טאָ- 
מיד, ווען ס'טרעפט זיך אים אן אומאָנגענעמלעכקײַט, װען ער איז אופ- 
גערעגט, און דער כאָלעם קומט און טוט דאָס אים -- צי גוט, צי שלעכט 


298 


דורך א בילד אופלייזן און באװײַזן, -- אזוי האָט זיך אים אויך איצט 
געכאָלעמט: 

א טיש... ס'איז שאבעס אָדער יאָמטעוו. אלץ, װי קעסיידער. די קינ- 
דער, די אייניקלעך באם טיש, די שטוב -- די זעלבע. אלץ אין געוייג- 
לעכער אָרדענונג. נאָר, זע: דאָרט, װוּ ער באשטענדיק מיט גיטעלען פון 
אױבנאָן, זיצט איצט גאָר א פרעמדער לעבן איר, לעבן גיטעלען. 

ער קוקט זיך אײַן: זע, ס'איז סרולי. ער פירט זיך מײַסע באלעבאָס. 
ער, סרולי, באמערקט, וי ס'זיצט אן אוירעך באם טיש, באם סאמע עק, 
און באפוילט, מע זאָל אים דערלאנגען, און מונטערט אויך אליין דעם 
אוירעך, ער זאָל עסן, און זאָל זיך לאָזן װווילגיין. 

מוישע גיט א קוק אפן אוירעך, דערזעט, אז דאָס איז ער, מוישע 
אליין, בא זײַן אייגענעם טיש דאָ אן אוירעך, דערצו אין סרוליס בגאָ- 
דים, מיט סרוליס אויסזען, מיט זײַן ברױיגעז-אראָפּגעלאָזטן קאָפּ צום 
טיש, ווען ער קוקט אף קיינעם נישט. 

ס'איז אים שוװוער. ער הערט, וי סרולי, װאָס זיצט אױבנאָן, ווענדט 
זיך צו גיטעלען: ,װאָס איז דער אוירעך ברויגעז? װאָס עסט עפּעס נישט 
דער אוירעך!? ער, מוישע, ויל אױסשרײַעןף , סאיזן פארקערט!". ער 
דארף דאָס זאָגן, װײַל ער איז באלעבאָס. אָבער דאָ דערזעט ער, װי סרו- 
לי צעלאכט זיך אים אין פּאָנעם, װוענדט זיך צו אלע, װאָס ארום טיש, 
און קעדיי צו באװײַזן זײַן גערעכטיקײַט, און אז דאָס אָרט, װאָס ער 
פארנעמט, איז מיט רעכט פארנומען, שטעקט ער ארײַן די הענט אין בו- 
זעם-יקעשענע און שלעפּט פון דאָרט עפּעס א פּאק ארויס: װער װעמען 
הייסט עס, איז שולדיק, װער בא וועמען ליגט מיט וועקסלען פארזעצט. 

מוישע איז אָפּהענטיק. ער לאָזט אראָפּ דעם קאָפּ, הייבט זיך פון היג- 
טערן טיש ארויס, גייט אין א ווינקל שטוב און געפינט דאָרט די טאָרבע, 
װאָס ער איז קעסיידער געװוינט זי צו האלטן פאר סרוליס, נעמט זי 
הייבט זי אוף און לאָזט זיך אף די אויגן פון אלע אייגענע, פון װײַב-און- 
קינדער, װאָס קוקן אים נאָך, צו דער טיריצו -- די שװעל אריבערצו- 
טרעטן. אָט אזוי: ער קושט די מעזוזע, וויינט און געזעגנט זיך, פארלאָזנ- 
דיק זײַן שטוב מיט זײַנע בניי-באיס, װאָס בלײַבן באם טיש שטיל זיצן. 


וווץ 
צוויי אויסערן יאריד 


ך, ווען ער טרעפט אים איצט!? -- האָט 
מוישע מאשבער געטראכט אף מאָרגן 
נאָך יענער נאכט, ווען דער אויבן דער- 
מאָנטער כאָלעם האָט זיך אים געכאָ- 
לעמט. , אים? -- האָט ער דאָ געמיינט 
סרולין, -- יענעם, װאָס ער וויל זײַן נאָ- 
מען אף די ליפּן ניט ברענגען, יענעם, 
װאָס ניט נאָר זײַן נאָמען, נאָר װאָס ער 
װיל אפילע ניט דערלאָזן זײַן צורע זיך 
פאָרשטעלן, װי מע קאָן ניט און מע וויל 
ניט דערלאָזן די פאָרשטעלונג פון עפּעס 
א שטארק העסלעכער זאך, װוי א שערעץ 
אָדער אן אנדער מין מיִעסקײַט. 

,אך, ווען ער טרעפט אים אצינד!?.. 
ער האָט ניט געװוּסט גענוי, װאָס ער װאָלט געטאָן און קעגן יענעם פיר- 
גענומען, נאָר פארשיידן-אומקלאָרע און לעצט-מעגלעכע מיטלען האָבן זיך 
אים אין קאָפּ געשטויסן, וועלכע ער װאָלט אָנגעװענדט, ווען דער צופאל 
מאכט זיך אים און ער פירט אים צונויף מיט אים, מיט דעם, װאָס האָט 
אים זײַן רו געשטערט, זײַן שאָלעם מיטן ברודער און, דער איקער, װאָס 
האָט אים זײַן קאָװועד גערויבט, זײַן ציטעריק-גװוירישן האָנאָר, װוען די 
וועלט װעט זיך דערוויסן די מײַסע מיט דער האלװאָע, אז ער, מוישע, 
שטעקט בא אים, בא אזא פּארשוין, גאָר מיט וועקסלען, װאָס דאָס װעט 
זײַן אים צו ביזאָיען, און דער וועלט -- צו געלעכטער, 

,אךְ, ווען ער האָט אים", -- האָט ער זיך געטראכט, -- ער װאָלט, האָט 
זיך אים געדאכט, אווינס איצט געטאָן, אף װאָס אן אנדערשמאָל, אין 
די ערגסטע פאלן אפילע, איז ער אף אזעלכעס גאָר ניט פיייַק. ער װאָלט, 
מעגלעך, אים געכאפּט און אים אליין אין די געהעריקע הענט איבערגע- 
געבן, מע זאָל אים באזוכן, מע זאָל זען די זאך אויספאָרשן, זען, פונוואנען 





200 


קומט גאָר צו אזא פּארשוין געלט, װײַל נישט אנדערש, אז פון גנייווע, פון 
גזיילע... 

,אך", -- האָט ער זיך אין זעלבן פרימאָרגן אויך וועגן ברודער לוזין 
געטראכט אין פארבינדונג מיט דעם, װאָס איז לעצטנס אים געשען, דה. אין 
פארבינדונג מיטן ערשטן אָנזאָג און סימען אף בראָך און יערידע, ווען 
מוישע האָט די סיבעס דערצו געזוכט און, נאטירלעך, איז אים א פרומע 
מוירע באפאלן, טאָמער, עפשער האָט ער זיך מיט עפּעס פארזינדיקט, -- 
איז אלס איינע פון די סיבעס אים דערום די שולד בענעגייע זײַן ברודער 
אופגעקומען. 

;אך", -- האָט ער זיך דערום אויך וועגן ברודער געטראכט, -- ווען ער 
האָט אים איצט, װאָלט ער אין ענגעניש און אין קלעם פאר אים געשטאנען 
און געטײַנעט: װאָס געשעט צװישן אונדז?.. צי שוין זשע איז ער, מוישע, 
אזוי ניט גוט זיך באגאנגען קעגן דין, קעגן מינהעג אָדער קעגן װאָסיניט- 
איז אײַנגעשטעלטן און אײַנגעפירטן פון די אייביקע געזעץיגעבער, װאָס 
דאָס האָט גוירעם געווען צו דעם, װאָס לוזיס הארץ ליגט ניט צו אים שוין 
א צײַט, און װאָס, סאָפּקאָלסאָף, האָט זיך עס מיט אזא שארפן קריג צװוישן 
זיי געענדיקט? צי שוין זשע האָט ער געזינדיקט דערמיט, װאָס ער האָט, 
וי אלע, פאר װײַב-און-קינדער, פאר שטוב און שטאנד געטאָן אין מיסכער, 
וי אין מיסכער װערט געטאָן, דה. װי אלע זײַנען זיך נויהעג, ווען מע 
קלעטערט אפן האנדלס-לייטער און מע באנוגנט זיך ניט מיטן דערגרייכטן 
און נאָך יעדער אײַנגענומענעם שטאפּל װיל מען אלץ העכער און ווידער 
שטײַגן? װוּ ליגט דאָ די זינד? -- װאָלט ער פאר לוזין געטײַנעט. און נאָך 
דער פריערדיקער אָנגרײַפּערישקײַט און קאס-טראָגן אף אים, װאָלט ער 
איצט צו פארטיידיקן איבערגעגאנגען, צו ווייכע רייד און צו זוכן א שאַ- 
לעם-סטעזשקע, װאָס זאָל זיי װידעראמאָל, װי פריער, פארייניקן און ברי- 
דערלעך דערנעענטערן. 

װײַל, צװישן אונדז גערעדט, האָט זיך מוישע דאָס מאָל אין דעם טאקע 
שטארק גענייטיקט. די לעצטע צײַט פון נאָך מײַסע-רודניצקי, ביפראט נאָך 
דעם, װאָס ערשט נעכטן איז פאָרגעקומען -- מיטן געלט-אנטלײַען, מיט 
דער ליידיקער קאסע און מיט מוזן אָנקומען און ארײַנטרעפן מיט זײַנע 
געכאסמעטע וועקסלען אזש צו אזא, װי יענער, וי סרולי, --- דאָס אלץ 
האָט זיך אים װי א שװוערער שטיין געלייגט, און א מוירעדיקער פאָרגעפיל 
איז אים איבער די ביינער דורכגעגאנגען: טאָמער? וװוער וייסט?. פיל 
סימאָנים זאָגן דאָך שוין דערפאר, אז, מעגלעך, דאָס מאזל האָט זיך אים 
אָפּנעשטעלט און, װי ס'געשעט אָפט, איז פון איצט אָן שוין דער העכסטער 
פּונקט און שטאפּל פון זײַן גליק-לייטער פון אים דערגרייכט, און איצט 
הייבט ער שוין אָן צו גיין אף זײַן צוריקוועגס?.. 

,אך, ווען ער האָט אים איצט?.. 

ביידע אָבער -- סײַ דער ערשטער סײַ דער צווייטער -- זײַנען דעמלט 
װײַט געווען פון אים, ביידע אויסער זײַן שטוב, אויסער דער מעגלעכ- 
קײַט זיך צו דערוויסן אפילע, װוּ זי זײַנען און געפינען זיך; דערצו נאָך 
האָט הײַנט, מאָרגן, איבערמאָרגן, און נאָך א גאנצע װאָך קימאט, דער 


21 


יאריד אין שטאָט באדארפט געדויערן, װען מע איז שטארק פארנומען 
און מע מוז, צוליב פרײַען קאָפּ האָבן, זיך באפרײַען אפילע פון אזוינע 
ערנסטע און שווערע מאכשאָװעס, וועלכע זײַנען איצט מוישע מאשבערן 
באפאלן. מוישע האָט זיך, מאכמעס נויט און מאכמעס דער יאריד האָט פון 
אים געפאָדערט, טאקע וי-סניט-איז פון די מאכשאָװועס באפרײַט, און 
גלײַך נאָכן אופשטיין האָט ער זיך אין זײַנע געשעפטן אװעקגעלאָזט. גיי- 
ענדיק נאָר, האָט זיך אים אמאָל איינער, אמאָל דער צוייטער פאָרגע- 
שטעלט, און ער האָט מיט זיי געדאנקלעך געטײַנעט און זײַנע ליפּן האָבן, 
וי אָן זײַן װויסן, עפּעס געשעפּטשעט. און אין דער זעלבער צײַט האָבן 
יענע, די, וועגן וועלכע ער האָט דאָ נאָרװאָס געטראכט, אים לאכלוטן 
נישט אין זינען געהאט און דעריבער װײַט געווען פון אים און פון זײַנע 
טײַנעס. 

נאָך דעם, װי סרולי האָט בא מוישע מאשבער אין שטוב דעם געוויסן 
ביזאיען געליטן; נאָך דעם, װי ער האָט פאר לוזין זײַן געוויסע ווידע אָפּ- 
געהאלטן, און ביפראט נאָך דעם, װאָס איז נאָרװאָס געשען צװישן אים 
און מוישע מאשבער, -- פון דעמלט אָן האָט מען אים אין קיין גווירישער 
שטוב ניט געזען, און אין ערגעץ פון די געוויינלעכע רײַכע הײַזער, װוּ 
ער פלעגט זײַן אן אײַנגײער, זיך מער ניט װײַזן. ער האָט זיך װי גע- 
מאכט יאַמטעו. ער האָט די לעצטע טעג, זינט דער יאריד האָט זיך גע- 
שטעלט, זיך ארומגעדרייט אף די מערק. קעסיידער האָט מען אים געקאָנט 
זען א ליידיקגייער, זיך רוקן דאפקע, װוּ ס'איז ענג, דאפקע װוּ געדיכט, 
כאָטש צו טאָן און צו קויפן האָט ער ניט געהאט װאָס און בא וועמען: און 
אין יעדער רעדל האָט מען אים דערקענט פאר א פרעמדן, מע פלעגט אף 
אים אמאָל א קוק געבן מיט כשאד, װי אף עפּעס א סאָרט גאנעוו, און אן 
אנדערשמאָל װי אף א דולן, װאָס האָט זיך אומזיסט און אומנישט אין 
פרעמדע געשעפט-רעדלעך פארקליבן. 

אזוי אויך הײַנט אינדערפרי, אין דעם פרימאָרגן, וועגן וועלכן מיר 
ריידן דאָ. 

אָט שטייט ער בא איינער א וואנט פון דער אלטער שטאָטיפעסטונג, 
וועלכע קוקט צום טײַך און צו דער הרעבליע. ס'זײַנען איצט, בייסן יאריד, 
בא איר צופוסנס אויסגעשטעלט פיל בײַדלעך, געצעלטן און שטעלעכלעך, 
װוּ ס'איז א געדרענג און א טומל פון פארשיידענע קוילעס, וועלכע הערן 
זיך דאָרט פון הענדלער, װאָס שרײַען אויס זייערע סכוירעס און פארופן 
צו זיך די קוינים, און אויך פונעם קוינים-געזעמל, װאָס דרייען זיך הין- 
אוןיהער, שטייען אף איין אָרט קאָמפּאניעסװײַז, בינטלעכװײַז, און א גע- 
זשום איז צווישן זיי, װוי צווישן בינען. 

סרולי שטייט בא איינעם א בײַדל, װאָס צוויי װענט דערפון זײַנען 
פון לײַוונט געמאכט, די דריטע וואנט -- די וואנט פון דער פעסטונג, און 
די פערטע אָפן -- א טיר. דאָרט האנדלט מען ניט, דאָרט פארקויפט מען 
ניט. דאָרט ,,היילט?" מען: מע , האקט" און מע עפנט אלערליי מאקעס, טשי- 
ריקעס, שלעק און געשווילעכצן; מע שערט, מע גאָלט; מע שטעלט באנ- 
קעס -- טרוקענע, מערסטנטיילס נאסע; מע רײַסט ציין, מע היילט אויגן, 


269 


און דער הויפּט-דאָקטער איז דער אלטער לייב דער רויפע מיט די צויי 
פּאַר ברילן, דורך וועלכע די אויגן זעען אים אויס גרויס, גלאנציק און 
מעשונע, װי בא א פיש. אויך זײַן געהילף -- מענאשע דער רויפע-יונג, 
מיַט די גלאנציקע שטיוול און מיט שטעכיקן כויזעק און גראָבע גלײַכ- 
ווערטלעד אף די ליפּן, 

די כאלאַיִם -- פּויערים, װאַס האַבן פאר לייב דעם רויפע שין א 
צײַט אין דער היים די קרענק אַנגעקליבן: קריזשעס, װאָס ברעכן, לאנג- 
פארלאַזטע שטעכעניש און אנדערע, װאָס היימישע דאַרפס-דאַקטוירים -- 
זנאכערס, באַבעס, היילערנס, שפּרעכערנס -- האַבן צו זיי קיין טרופע ניט 
געהאט, און די קראנקע האָבן זיי אף ביזן יאריד אָפּגעלײַגט. 

צוויי בענק בא ביידע לײַװונטענע װענט שטײַען אויסגעשטעלט, װוּ 
פּויערים זיצן און ווארטן אף זייער ריי --- אף אָפּצװענגעס, װאַס מע שלעפּט 
מיט זיי צוועקעס פון ווענט, מע זאָל זיי רײַסן די ציין, און נאָכן רײַסן זאָלן 
אײַניקע פון זיי זיך קװויקן, װי מע קװויקט זיך פון א גרויסער היץ אין דער 
קעלט געקומען, און אנדערע זאָלן נאַך מיט מער וייטעקן, װי מיט די 
געקומענע, צוריק ארויסגיין, שפּײַען מיט בלוט און פאר די שטארק ווייטו- 
ענדיקע באקן זיך האלטן. אזוי מענאשע דער יונג מיט די אָפּצװענגעס, 
לייב דער רויפע אליין מיט מער אײידעלן געצײַג אף עפענען מאקעס, 
שלעק, דערנאַך פארשיידענע גרינע, געלע און אלערלײ-קאָליריקע פּלא- 
סטערס מיט זאלבן צו לייגן. 

סרולי שטייט דערבײַ, קוקט זיך אײַן אין די בעקנס שמאטעס, בלוט און 
אייטער, װאָס װוערן דאַרט אַנגעזאמלט, און װי די קראנקע פּויערים, -- 
צי זיי ווערן יאַ געהיילט, צי ניט געהיילט, צי זיי קומען ארויס פון גע- 
צעלט דערלײַכטערטע, צי נאָך מיט מער ווייטעקן -- באצאָלן דאָך פאר 
דער היילונג, װער מיט מעזומען -- מיט געלט, און װער מיט נאטור -- 
מיט א האלבן צענדליק אייער, מיט אן אַף, מיט כאזער-האָר, מיט גאַרטנ- 
ווארג, װאָס דאָס אלץ צוזאמען ווערט אין איין הויפן אָנגעוואלגערט און 
אין א גאנצן בארג אָנגעלײיגט. 

סרולי גייט אָפּ. און אָט זעען מיר אים שוין בא א צווייט רעדל אֹף א 
ראָג גאס ערגעץ, װוּ אויך דאַרט איז דער געדראנג גרויס, און די באנדו- 
ריסטן האָבן זיך יענעם פּלאץ אויסגעקליבן, װײַל דער ראָג קרייצט איבער 
פארשיידענע גאסן, געסלעך, דורך וועלכע פארשיידענער אוילעם מוז דאָרט 
אדורכגיין. 

בלינדע בעטלער זיצן אף שטרוי, אף סוויטעס אונטערגעשפּרײט, בא 
אלע זעען אויס די בלינדע אויגן פארשיידן: בא אייניקע אָפן און זעען 
גאָרניט,. בא אנדערע -- אויסגערונען, פארמאכט, און קיין סימען פון 
שווארצאפּל, בא אייניקע דרייען זיך װײַסקאַליריקע ארבעסלעך אין די 
אויגן-לעכער, בא אנדערע גייען אום די שווארצאפּלען לעבעדיק אונטער 
די אױגן-לעפּלעך אראַפּגעלאָזט. אָבער דאָס, װאָס פארײניקט אלע,. - 
איז זייער אלעמענס בלינדעניש: װער ס'האלט דעם קאָפּ פאריסן, אזש ביז 
דעם גאָרגל פארדרייט, ארוף צו דער זון, װער ס'האלט דעם קאָפּ אף דער 
ברוסט אראָפּגעלאָזט... װער ס'האָט א באסאָווע שטים, און בא וועמען א 


2603 


שטילישעפּטשענדיקע, און אלע האלטן די לירעס מיט די לינקע הענט צום 
קערפּער נאָענט און מיט די רעכטע דרייען זיי די שפּיל-קאָרבעס. 

ס'איז א גרויסע ראָד ארום זיי. דער טאָג איז הייס. מע פילט, אז אף 
שפּעטער שטעלט זיך א גענעם. דער אוילעם ענגט זיך ארום די באנדו" 
ריסטן, און מע קומט צו װאָס מער און מער. דעריקערשט -- פּויערטעס, 
װאָס קומען הערן א גוט װאָרט, א ליד מיט מוזיק באלייט, װאָס מיט איר 
פּראָסט געזאנג איז זי יעדערנס הארץ נאָענט, און װוּ מע קאָן א געשמאקן 
וויין טאָן אפן גוירל, לעמאָשל, פון איינעם א קישקע סאמוילע פון דער 
אלטער טערקישער געפענקעניש, אין וועלכער ער מיט א גאנצער קאָמ- 
פּאניע זײַניקע, קאָזאקן, האָבן אהין ארײַנגעטראָפן, און וועגן וועלכע ס'דער- 
ציילט זיך, ויַאזוי זיי האָבן זיך פיל אָנגעליטן, פריַער אליין פון די טערקן- 
יאניטשארן, דערנאָך אויך פון אן אייגענעם, א זײַניקן, פון איינעם א פא- 
רעטער א ליאך בוטורלאק, וועלכער האָט אין דער אייגענער קריסטלעכער 
עמונע געפעלשט, און דערפאר איז ער פון די טערקן אן אופזעער אף 
זײַנע אייגענע ברידער קאָזאקן געשטעלט געװאָרן; און װאָס װײַטער איז 
געשען, און ויַאזוי מע האָט זיך פון דעם אלעם לעסאָף באפרײַט, גערא- 
טעוועט. אָדער וועגן אן אנדער געפאנגענעם, פון וועלכן די ליד הייבט זיך 
אָן מיט די װוערטער: שתהחמאסקח מזדעהחמא הואסס התעסה 6116, און װווּ ס'דער- 
ציילט זיך, ויַאזוי דער געפאנגענער בעט דעם פויגל, ער זאָל פליַען אין 
זײַן היים און זאָל איבערגעבן די עלטערן, זיי זאָלן פארקויפן זייער ערד 
און נאכלע, אָנזאמלען געלט און קומען אים פון דער נויט ארויסהעלפן, און 
עס ענדיקט זיך מיט די ווערטער פון אלע ענלעכע אזוינע לידער: , באפרלי, 
גאָט, דעם אָרעמען געפאנגענעם אף דעם הײליק-רוסישן ברעג, אינעם 
לאנד דעם פריילעכן, צװישן פאָלק דעם קריסטלעכן??: 


2מה!1168 618010 ,00246 ,מהסמבחם 
,66010 /עאפסץמסדה8ס 112 

112 424 86068211 

...זעזוסווסקא הסמ14 אלן!2 


פּױערטעס, עלטערע און ייַנגערע, וויינען. באנדוריסטן זינגען אמאָל 
אליין, אמאָל אין כאָר, און אין גרויסן יאריד-טומל פון שטאָט און פונעם 
גאָר ארום, אין טומל פון האנדל און פון גרויסן גנייװישן הויהא האָט זיך 
בא די באנדוריסטן א קליין אינדזעלע מענטשן אויסגעטײילט, װאָס האָט 
זיך גענומען צײַט און געוויסן אלע פריַער-אמאָליקע געפענקענישן, סײַ 
פון פאָלק, סײַ פון איינצלנעם, צו באזאָרגן און באדויערן. 

און סרולי איז צװישן יענעם בינטל. א האָר גייט אָפּ, אז ער זאָל די 
האנט אין הויזןיטאש ארײַנטאָן און פון דאָרט ארויסבאקומען זײַן דודע- 
פײַפל, מיט וועלכן ער קומט אף אָרעמע כאסענעס כאָסן-קאלע צו דער- 
פרייען, און מיט דעם צום באנדוריסטן-כאָר זיך פארייניקן. דאָס פײַפל 
אַבער נעמט ער ניט ארויס, נאָר א היפּשע מאטבייע -- יאָ, און דער ארו- 
מיקער פּויערים-אוילעם באװוּנדערט דעם מאָדנעם פּארשוין, דעם מעשונע- 


264 


אָנגעטאָנענעם ייִדן, װאָס װי קומט ער גאָר אהער, וי קומען אים טרערן 
אין די אויגן באגלײַך מיט אלע, װי קומט ער אף א קריסטלעכער ליד 
אזוי אַנטײַלנעמעריש זיך אָפּרופן און מיט אזא גרויסער נעדאָווע-מאטבייע 
פאר די באנדוריסטן זיך באװלַזן. 

שפּעטער א ביסל האָט מען געקאָנט זען סרולין פונעם יאריד ארויס און 
אװעקלאָזן זיך אין יענעם טייל שטאָט, וועלכער ליגט װײַט אָפּגעטײלט 
פון האנדלס-מערק און יאריד-פּלעצער -- צום דריטן רינג, ,,אף די זאמדן?. 
דאָרט האָט ער זיך ערגעץ צו איינעם א קליינעם שטיבעלע צוגעשלאָגן, צו 
אונדזער באקאנטער שטוב פון דער אויבן דערמאָנטער מאלקע-ריווע. ער 
האָט א װײַלע עפּעס דאָרט ארומגעפּאדעט, און אז קיינער האָט ניט בא- 
מערקט, האָט ער זיך געמאכט, קלוימערשט, צוליב עפּעס אָנבייגן צו דער 
שוועל פון יענער שטוב און פון דאָרט עפּעס אופהייבן. ער איז געשטאנען 
א װײַלע און דאָס אופגעהויבענע באטראכט, דערנאָך האַט ער, וי אין גרויס 
כידעש, די טיר אופגעעפנט, און צו דער ערשטער, װאָס איז 
אים אנטקעגן געגאנגען, צו מאלקע-ריוװעס שנור, א זאָג געטאָן 
מיט בייזער: 

-- װאָסי, װײַבל? אזוי רײַך זענט איר שוין, אז געלט וואלגערט זיך 
שוין בא אײַך אף די שװעלן? זע, װאָס כ'האָב געפונען. 

-- װאָסער געלט, און װוּ געפונען? -- האָט זיך יענע פארװוּנדערט, 

-- אָט דאָ, בא דײַן שוועל, 


דערהערנדיק דעם הויכן געשפּרעך, װאָס איז פאָרגעקומען אף דער 
שװועל בא מאלקע-ריווען, זײַנען די קינדער, די אייניקלעך מאלקע-ריוועס, 
ארויס צו זען, װער פאלט עס אָן אף זייער מוטער מיט בייזער. אויך מאל- 
קע-ריווע האָט זיך אָפּגעריסן פון איר סידער, אין וועלכן זי האָט שוין 
געהאלטן אין זאָגן, װי אלע פרימאָרגן, מיט די ברילן אף דער נאָז אראָפּ- 
גערוקט. זי איז צו דער שװועל צו און פּלוצעם דערזען סרולין, דעם, װאָס 
איז איר ביכלאל גוט באקאנט פאר אן אָרעמאן און אין די גווירישע הײַזער 
אן ארײַנגייער. און באזונדערס האָט זי אים געקענט פונעם לעצטן מאָל 
זיך אָנשלאָגן מיט אים בא מוישע מאשבער אין יענעם געוויסן אפדערנאכט, 
װאָס איבער אים, איבער סרולין, איז פאר אירע אויגן דעמלט דער קריג 
פאָרגעקומען. זי האָט אים דערזען מיט א גרויסיװוערטיק פּאפּירל אין 
די הענט, װי ער שטייט און דערלאנגט עס דער שנור אירער, און אז יענע 
וויל ניט נעמען, שרײַט ער אף איר און בייזערט זיך; 

-- װאָסי? אזא גווירנטע איז זי שוין, װאָס געלט וואלגערט זיך בא 
איר אף די שװועלן? 

-- װאָסער געלט? -- האָט אויך מאלקע-ריווע פון איר זײַט געפרעגט. 

-- אָט דאָס, -- האָט ווידער סרולי געענטפערט, -- ער איז דאָ פארבלל- 
געגאנגען, האָט ער גראָד אף דער שוועל א קוק געטאָן, האָט ער עס דער- 
זען, האָט ער עס אופגעהויבן און ארײַנגעבראכט און גיט עס אָפּ צו וועמען 
ס'געהער, װײַל וועמען אנדערש זאָל ער דאָס אָפּגעבן? ס'איז דאָך אף זייער 
שװועל געלעגן! 


209 


מאלקע-ריווע האָט זיך געװוּנדערט און געװאַלט, װי איר שנור, פון 
דעם זיד אפּזאגו, --- זאגז, אז ס'איז ניט זייטרס, אז ס'איז ניט שײַעד, און 
זיי האכז ניט געהאט וואס צו פארלירו. אלער דא האט זיד שוין סַרולי 
גאַר צעכייזטרט, און שוין אף ביידע, אי אף דער שנור, אי אף דער שוי- 
גער, זיר צעשריגו: 

-- נו, איז וואס, אז ניט זייערח? ארטר זייום איז דאס דאד אוואדע ניט, 
איז זאל דאס זײַן בא זיי! ניט? איז זאל זיי דאס ארויסווארפן, צוריק אף 
דער שװעל לייגז, אדער ארעמעללילט צעטיילן. 

ער האט דערבײַ געכאפּט א קוק אפן קראנקו, אפז כוילע איז שטוב, און 
דערזעו, אז דא לינט א מענטש, וואס סצייט אים וואס אמאַל ערגער, די 
אויגן האכז אים געגלאנצט מער, װי געוויינלעד -- היציק אוז טרוקן, די 
באקו אײַנגעפאלו אוז אפז שטערז איז ער געיועז געשטעמפּלט, און די 
קנייטשן אה אים האכו איידטח וטזאוט, אז אונטער דעה שארכו פון יענעס 
מענטשז נעסטן זיד שויז מאכשאיועס ניט פוז קיין הינן אף דער װעלט, 
נישט פוז אזא, וואם האפט ואד לאוג צו בלײַרז צווישו די לעכעדיקע. 

סרולי האט זיד באלד אויסנטקײרטווצט אה אוועקצוגיין. דערבײַ האַט 
ער באמערקט אה די פּענעמער פוז אלע איינענע אין שטוכ, נישט אויסגע- 
נומען אויד דאס פּאנעם פונעס כוילע, דאס. וואס מיר האכן אויבן, אין 
א פריערדיק קאפּיטל, דערציילט, עז אין איינעם א פרימאַרגן האבן יענע 
שטוב מיט איינעם א מאל אזויפיל גליקו געטראפו, וואס די שטוב האַָט 
ניט געװוּסט און ניט געקאנט טרעפו, פונוואנען איז דאַס איר געקומען 
די שטוכ האט וידער דערפילט א פארבאַרגענע האנט צו איר אויסגע- 
שטרעקט מיט אומגעוויינלעכע גאבו, װאַס אף א געוויינלעכן אויפן, אויב 
נישט מיט קיין נעס, מיט קיין װונדער, קאַן מען דאָס ניט דערקלערן און 
דערצו קייו באשייד ניט געפינען. 

מע האַט שפּעטער א ביסל ווידער געקאַנט זען סרולין שוין צוריק אין 
שטאַט ארופקומען, אַבער דאָס מאַל זײַנען בא אים די קעשענעס אָפּנע- 
שטאנען פון עפּעס פלעשער, װאַס ער האט געהאט אין זײי פארשטעקט. 
דאַס מאַל האַט ער זיך געלאזט צו דער , לעבעדיקער? שול, װאַס, װי אלע 
שולן איצט, בייסו יאריד, איז זי אין האלבן טאַג געשטאנען פארלאָזט, ללי- 
דיק, אָן דאוונער און אַן לערנער, נאָר מיט איין מענטשן אין איר -- מיט 
לוזין, װאַס די לעצטע צײַט האָט ער דאַרט אין די פרימאַרגנס און אפ- 
דערנאכטן פארבראכט מיט די זײַניקע, און באטאָג איינער אליין, װײַל אלע 
זײַנען דעמלט פארנומען. 

סרולי איז אַבער איז שול ניט ארײַן, נאָר דורך א הויף-פאָרטקע, וואס 
פירט אפן אלטן בעסוילעם, איז ער אפן בעסוילעם ארוף -- אפן שטילן 
4 קיין סטעזשקעס זײַנען שוין ניטאָ, װײַל מע , לייגט" שוין דאָרט ניט 
אנג. 

ווען מע װאַלט אים דערזען פון א שול-פענצטער, אָדער דורך איינעם 
א שפּאלט אינעם אלט-געבויטן פּארקן, װאַלט מען כאמערקט, װי העכער 
האלב איז ער אין הויך-געוואקסענעם גראָז געגאנגען: דער באָדן האָט זיִך 
דאָרט אראָפּגעלאָזט, און דאָס גראָז וואקסט פון יאָר צו יאָר אלץ העכער, 


06 


אלץ געדיכטער און שמעקט מיט מאָך, מיט ניט אָפּנעשניטענעם און מיט 
יאָרייערלעכן װידערװוּקס. ס'איז דאָרטן שטיל, און אויסער גראָזיגרילן 
הערט מען שוין אפילע ניט, װאָס באלד פון יענער זײַט פּארקן טוט זיך. די 
קװאָרים און מאצייוועס -- אײַנגעשלאָפן, פארדעקט און אזוי פארלאָזט, 
אז ס'דאכט זיך, אז אפילע די אייניקלעך פון די, װאָס ליגן דאָרט באגראָבן, 
זײַנען שוין אויך אפן אוילעם-האָעמעס און דערום זײַנען די סטעזשקעס 
אהער אזוי פארוואקסן. ס'הערשט דאָרט די שטילקײַט פון א צוייענדיקן 
בעסוילעם, דאָס הייסט, אי די שטילקײַט פון א בעסוילעם ביכלאל, אי די 
צוגאָבישטילקײַט פון אזֹא, װוּ מע ,לײגט?" שין דאָרט מער 
קיינמאָל, 

סרולי האָט זיך געלאָזט צום איינציקן הויכן בוים, צום אלט-געוואק- 
סענעם, װאָס איבערן קייווער פון באװוּסטן הײיליקן -- רעב ליבער, װאָס 
ארום אים ליגן אויך אנדערע זײַן-גלײַכן, שטארק אין זײַן קייווער ארײיַנ- 
גערוקט, מיט ברייטע מאצייוועס מיט שטייןישריפטן און געמעלן פון פליי 
נער מעלאָכע. דאָרט האָט ער זיך אוועקגעלייגט, אף אים ניט ארויסצוזען. 
ער האָט פּאמעלעך די פלעשלעך ארויסגענומען און, נאָך א װײַלע רוען 
גענומען טרינקען. 

מ'דארף זיך גענוי פאָרשטעלן דאָס בילד: 

ס'איז א מוירעדיקער הייסער טאָג. אין שטאָט איז גרויסער יאריד, 
װוּ קליין און גרויס זײַנען פארנומען, אף די מערק א מוירעדיקער ליארעם, 
און דאָ, אינמיטן שטאָט, אפן פארלאָזטן בעסוילעם, אונטער אן איינציקן 
אלט- און שטארק-צעוואקסענעם בוים -- דער קייווער פון א גוואלדיקן 
כאָשעװו. די לעגענדע דערציילט וועגן אים, אז די געוויסע ,אלטע" שול 
איז געבויט געװאָרן אף יענעם אָרט, װוּ ער, רעב ליבער, האָט אמאָל, ווען 
ס'איז נאָך דאָרט געווען וואלד, זיך אמאָל שטארק פארדאוונט און אונטער 
איינעם א בוים זיך געשטעלט שמוינע-עסרע. גראָד איז א פּאָרעץ דורכגע- 
פאָרן, און זײַנע פערד האָבן זיך דערשראָקן פארן דאוונענדיקן ייִדן, װאָס 
אין טאלעס-און-טפילן. זיי האָבן גענומען יאָגן, זיך צעפּאָלאָכעט, שיר דעם 
פּאָרעץ פון װאָגן ניט ארויסגעשמיצט, און דער פּאָרעץ האָט באפוילן זײַן 
קוטשער מיט דעם ייִדן זיך צערעכענען. דער קוטשער האָט אים מיט דער 
בײַטש געשמיסן מיט אלע קויכעס, װי א קוטשער קאָן, און רעב ליבער 
האָט זיך ניט גערירט, ביז ער האָט ניט פארענדיקט און ביז ער איז די 
שמוינע-עסרע נישט אויסגעשטאנען. און אָט דאָרט לעבן יענעם קייווער און 
נאָך ענלעכע אזוינע קװאָרים, אין טיפן גראָז, װוּ ס'האָט געשמעקט מיט 
מאָך און פיליעריקן װידערװוּקס, איז אין דער קיל איינער א פּארשוין, 
אונדזער סרולי, געלעגן, און אינמיטן העלן טאָג פון פלעשלעך געזופּט. 

ווען זײַטיקע װאָלטן אים בא אָט דער מעלאַכע אף יענעם אָרט דאָרט 
דערזען, װאָלט מען אים זיכער װי א הערינג צעריסן. אָבער ער, סרולי, 
האָט ניט געטראכט דערפון, און ער האָט זיך געטאָן זײַנס. פון דער היץ 
אין דרויסן, פונעם נאָרװאָסיקן שטאָטישן ראש געקומען און פונעם גע- 
טראנק אין דער קיל צװוישן קװאָרים, איז אים, װײַזט אויס, אי שווער גע- 
ווען זײַן מוט, אי לײַכט. שווער -- װאָס ער איינער פון א גאנצער וװעלט 


207 


אן ארויסגענומענער, לײַכט -- װי יעדער אזא סאָרט פּארשוין, װאָס האָט 
באליבט די איינזאמקײַט. 

ער האָט גענומען זיך פון הארצן אָפּרײדן, פריער פאר זײַן קרענקלע- 
כער פאָרשטעלונג, פאר זײַן ,דיבעק", דערנאָך שוין פאר די אויסיעס פון 
דער מאצייווע, און ער האָט צו זיי, װי צו לעבעדיקע, גערעדט. ער האָט 
אפילע (ס'א ביזאָיען צו זאָגן) פאָרגעליגט רעב ליבערן צוזאמען און 
בעשוטפעס מיט אים אויסטרינקען, און אז יענער, האָט אים געדאכט, האָט 
ניט געװאָלט, האָט ער אים מיט געוואלט געגעבן, און ער האָט יענעמס 
טייל מאשקע אף דער מאצייווע געגאָסן. 

-- נישקאָשע, -- האָט ער געזאָגט, -- טרינקט, רעב ליבער! איר טאקע 
א הײיליקער, און איך -- א ,לא יבא בקהל"?, אָבער כסף איז דאָך מטהר 
ממזרים?, און געלט האָב איך, אויב ניט מעזומען, איז וועקסלען, איז שוה 
כסף? -- די ווערט פון געלט. 

און דאָ האָט סרולי די װועקסלען פון בוזעם-קעשענע ארויסגענומען 
און זי פאר דער מאצייווע באוויזן: 

-- אָט זאָל ער זען, רעב ליבער, און זאָל ער זיך ניט איבערנעמען, און 
זאָל אים סרוליס נאָענטקײַט ניט שוער זײַן. וועקסלען זײַנען געלט, און 
ביז יענער, דער, װאָס איז דאָ אף זיי געכאסמעט, האָט ניט אָנגעזעצט, איז 
דאָס מעזומען... און ניט נאָר אף דעם, װאָס ער װײַזט אים דאָ, אף דעם 
היגן גוויר, רעב מוישע מאשבער, האָט ער וועקסלען, ער האָט אויך אף א 
גרעסערן, אפן גוויר פון אלע גווירים, אף דעם, װאָס ,לי הכסף ולי הזהב?פ, 
זאָגט ער, אפן ריבוינעשעלוילעם אליין, און ער בעט אים טאקע, רעב לי- 
בערן, אז ער זאָל דאָס דאָרט פון אויבן איבערגעבן, זאָגן, אז ער, 
פּלױני בען פּלױני?, סרולי גאָל, האָט צו אים טײַנעס און טװיַעס, און אז 
ער וועט אמאָל קומען פאר זײַן שטול צום דין, וועט ער זי פאר אים אויס- 
לייגן. דערװײַל אָבער בעט ער, אז ער, רעב ליבער, זאָל דאָס פאר אים 
טאָן. 

-- נישקאָשע, -- האָט סרולי װײַטער פאר דער מאצייווע און צו רעב 
ליבערן געטײַנעט, -- ס'מעג אים אָנשטיין גיין אין זײַן שליכעס: כאָטש 
ער איז א גרויסער כאָשעװוו -- א געשמיסענער פון א בײַטש פון א פּאַרעץ, 
האָט דאָס אָבער מיט אים געטראָפן נישט מער, װי איין מאָל, און מיט אים, 
מיט סרולין, --- פיל-פיל מאָל. און אויב פאר איין מאָל שמײַסן האָט מען 
אים, רעב ליבערן, אויסגעבויט די אלטע שול, קומט אים, סרולין, פאר פיל 
מאָל, אויב ניט די אלטע, איז נישקאָשע א נײַע, אָבער א שול קומט אים. 
אזוי, אז ס'מעג אים אָנשטײן... 

דער טאָג האָט געברענט, די היץ האָט אין קאָפּ געשלאָגן. סרולי אין 
געזעסן אין האלב-קיל צװוישן הויכע מאָכיקע גראָזן און האָט רויַק מיט 
דער מאשקע זיך געטיילט מיט דעם, װאָס זײַן נאָמען איז געשריבן אֹף 

אזא, װאָס טאָר ניט ארײַנגעלאָזן װערן צװישן מענטשן; ? געלט מאכט קאָ- 
שער מאמזיירים (אומגעזעצלעך געבוירענע); * אזוינס, װאָס איז גלײַך װוי געלט; 


מיר געהער דאָס זילבער, מיר געהער דאָס גאָלד; * יענער און יענער, דער זון 
פון דעם און דעם, 


208 


דער מאצייווע: זיך א זופּ, אים א זופּ, זיך א טרונק און דער מאצייווע אפן 
קאָפּ געגאָסן. אזוי לאנג, ביז די פלעשלעך זײַנען אים ליידיק געװאָרן, 
און זײַן קאָפּ--- פול. און די פולקײַט איז אים אין די אויגן געקומען, און 
אלץ האָט זיך אים גענומען דרייען --דער בעסוילעם מיט די קװאָרים, דער 
בוים, װאָס איבער זײַן קאָפּ, האָט זיך אים, װוי מיטן װאָרצל אופגעשטעלט, 
דער הימל מיט דער ערד האָבן זיך מיט די ערטער געביטן, און אלץ, װאָס 
ער האָט הײַנט געזען אפן יאריד, װי, לעמאָשל, דאָס, װי לייב דער רויפע 
און מענאשע זײַן יונג האָבן ,געהאקט" מאקעס בא די פּויערטעס אף די 
ברוסטן, אונטער די פּאכוועס, געריסן ציין מיט אָפּצװענגעס, געלאָזט צו 
דער אָדער און געצאפּט בלוט אין די בעקנס; אויך דאָס, װאָס ער האָט 
דערנאָך געזען בא די בלינדע בעטלער מיט די צוגעמאכטע און אָפענע 
אױיגן-לעפּלעך; דאָס, װאָס ער האָט װײַטער געזען בא מאלקע-ריווען אין 
שטוב -- זיסיע דעם כוילע מיט די אָפּגעצערטע באקן און געלזיכטיקער 
מארע שוין פון א האלבן מעס, װאָס האָט אים אראָפּגעקוקט פונעם פּאָנעם 
און שטערן, -- דאָס אלץ, צוזאמען מיט דער מאשקע, װאָס ער האָט אויס- 
געטרונקען און אף דער ערד אױסגעגאָסן, האָט זיך אים צוזאמענגעמישט 
און האָט אים געמאכט די וועלט פאר די אויגן זיך דרייען. א ניט-גוטקײַט 
איז אים באפאלן, און ער האָט זיך מיטן קאָפּ אין דער מאצייווע אָנגע- 
שפּארט. ער האָט זיך א װײַלע רויִק געהאלטן, דערנאָך האָט אים דאָס 
שלעכטיקײַט פון אינװייניק א גײי געטאָן, און ער האָט גלײַך אף דער 
מאצייווע א בראָך געטאָן און זי פון אויבן ביז אראָפּ אָפּגעװערזעט... 

ס'איז אים לײַכטער געװאָרן. ער האָט זיך גלײַך פארשעמט, דערזעענ- 
דיק, װאָס ער האָט דאָ אָפּגעטאָן. ס'האָט זיך אים א ביסל אין מויעך אויס- 
געלײַטערט, און ער האָט זיך אף צוריק אומגעקוקט צו דער שול, צו דער 
;לעבעדיקער", װאָס האָט מיט איר מיזרעך-וואנט אהער צום בוים און צו 
די מאצייוועס געקוקט, און ס'האָט זיך אים געדוכט אין איינעם א פענצטער 
לוזיס קאָפּ צו דערזען. מעגלעך, אז יענער האָט זיך ווירקלעך טאקע דאָרט 
געוויזן, און מעגלעך אויך, אז סרולין האָט זיך דאָס נאָר אויסגעדוכט, אָבער 
פארשעמט איז ער געווען, װײַל געדוכט האָט אים, אז יענער האָט אים אין 
שאנד און אין מאצייווע-פארשוועכונג געזען. 

ער האָט זיך געװאָלט פון אָרט אופהייבן און נישט געקאָנט, און ער האָט 
דערום האלב-שיקער און שלאבעריק שוין איצט צו זיך אליין גערעדט: 

-- אז ער האָט אָבער געזאָגט, אז ער דארף ,כיזעק"?, אז אליין װעט 
ער, ער ווייסט װוּהין פארקריכן... און אָט האָט זיך אים דאָס שוין א פּאָר 
מאָל טאקע געמאכט, און ער קאָן די אויגן נישט אופהייבן פון בושע פאר 
זיך אליין, אוביפראט אים, לוזין, װי װעט ער אין די אויגן קוקן? 

ער האָט זיך דאָך ווייניט-ווי אופגעהויבן פון לעבן יענער מאצייווע, 
װווּ ער האָט אָפּנעטאָן די ניט שיינע זאך, און איז אין א זײַט אָפּגעטראָטן. 
דאָרט האָט ער זיך לעבן א צווייטער אראָפּגעלאָזט און אין איר זיך אָנ-י 
געשפּארט. ער האָט דעם קאָפּ פארלוירן, און, אף וויפל געדענקט ער ניט, 


1 אָנהאלט. 
269 


אנדרעמלט געװאָרן -- אף אזוי לאנג, ביז די זון האָט דורכן פארצװײַגטן 
אָרט פון בוים אָפּגעקערעװעט און אים אין קאָפּ דערלאנגט. דעמלט האָט 
ער זיך אופגעהויבן און צו דער שול זיך געלאָזט, און ארײַנקומענדיק אינ- 
װײיניק, האָט ער זיך געטראָפן -- זיך איינעם אליין -- בא דער שװועל 
שטיין,. און אנטקעגן אים, בא איינעם א שטענדער, װאָס אין מיזרעך- 
וואנט, -- לוזין א זיצנדיקן. 

ס'איז שוין געווען נאָך האלבן טאָג. אלע פענצטער אין אלע זײַטן פון 
דער שול, װאָס האָבן אפן בעסוילעם ארויסגעקוקט, זײַנען געשטאנען אָפן. 
אין אלע זיי האָבן זיך גרינס, גראָז, קוסטעס, ביימלעך אָפּגעשפּיגלט -- א 
זאך, װאָס אין אלע אנדערע שולן אין דאָס ניט צו זען און זעלטן צו 
מערקן. אויך די שטילקײַט און איינזאמקײַט דאָ אן אויסגענומענע, װײַל 
די שול אין א זײַט פון שטאָט, האָט דאָ דערום פון ערגעץ אויך קיין קאָל, 
קיין קלאנג ניט דערלאנגט, 

לוזי איז געזעסן אין מיזרעך. שוין לאנג, װײַזט אויס, נאָכן דאוונען, 
און דערום אָן די טפילן, נאָר אין טאלעס, װוי יעדעס מאָל ער איז געװווינט: 
נאָכן דאוונען היפּשע שאָען אזוי צו בלײַבן לערנען. באזונדערס נאָך איצט, 
אין כוידעש עלעל. איצט אָבער האָט ער ניט געלערנט, נאָר געזאָגט , טי 
קונים?. ער איז אזוי פארטאָן געווען, אזוי פארכאפּט פון זײַן זאך, אזוי 
פארשלונגען, אז ער האָט דאָס מאָל זיך געפירט ניט וי זײַן שטייגער, 
באם געוויינלעכן לערנען, ווען ער האלט זיך שטיל און לערנט נאָר מיט 
די אויגן. ניין, דאָס מאָל האָט ער הויך אֹף א קאָל געזאָגט און אויך אף א 
קאָל געוויינט.., 

ער האָט סרוליס ארײַנקומען נישט באמערקט. פארקערט, סרולי, װאָס 
האָט זיך אף זײַן לעבן מיט היפּש פרומקײַט אָנגעזען, און װאָס דערצו נאָך 
איז ער איצט האלב-שיקערלעך געווען, װאָס דאָס װאָלט אים גיכער דער- 
לויבט אזוינע זאכן, װי לוזיס זאָגן, פארבײַ די אויגן לאָזן, איז דאָך, דער- 
זעענדיק איצט לוזין, װי צו זײַן אָרט צוגעשמידט געבליבן, גלײַך נישט 
קיין קויעך און נישט קיין ווילן האָבן אים געקלעקט פון זײַן אָרט אפילע 
איין טריט נאָר צו מאכן, 


צוליב נויט מוזן מיר דאָ װוידער זיך אינמיטן איבערײַסן, קעדיי צו זאָגן 
פאָלגנדיקס: 

פאר אונדזערע לעזער, װאָס ווייסן װײיניק פון לוזיס ביאָגראפיע, קער 
געוויס בלײַבן די גאנצע צײַט אומפארשטענדלעך און אויך אומגלייבלעך די 
גאנצע מײַסע מיטן בינדן זיך פון אזא פּארשוין, װי סרולי, צו לוזין; -- 
;װאָס האָט ער אין אים דערזען? װאָס האָט אים צו אים געצויגן, און װאָס 
אזוינס האָט געשטעקט אין דעם פאר יענעם? -- קען מען געוויס פרעגן. -- 
אזוי װײַט, און אפילע איצט, ווען סרולי האלב-שיקער, נאָך א טרונק און 
א א שלאָף -- האָט ער אים געדענקט און פון שיקערן אויג ניט ארויס- 
געלאָזט?, 


/* 20 


גערעכט, -- זאָגן מיר, און דאָס אלץ װאָלט געוויס קלאָר געװאָרן און 
קיינע ספייקעס ניט ארויסגערופן, ווען מיר װאָלטן געזען לוזין אין טאט, 
דאָס אָבער קאָן געשען ערשט דעמלט, װען מירן איבערגיין פון דעם 
ערשטן טייל פון אונדזער דערציילונג, װוּ מיר האָבן זיך פארנומען הויפט- 
זאכלעך מיט באשרײַבן מענטשן, צו די װײַטערדיקע טיילן -- צו באשרליבן 
געשעענישן. דערװײַל אָבער, פילן מיר, אז מיר האָבן אפילע פאר לוזין דעם 
מענטשן, דה. פאר זײַן ביַאָגראפיע, נישט איבעריק יויצע געװען -- א 
זאך, װאָס דאָס זײַנען מיר שוין געוויס אין דעם טייל מעכוּיעוו געווען צו 
טאָן. מיר האָבן דאָס אָבער פארזען און מיר האָבן געפונען דאָ דאָס אָרט -- 
כאָטש אײַליק און ניט רעכטצײַטיק -- אינקורצן און כאָטש מיט איײניקע 
שטריכן זי צו דערפילן. 

מיר גלייבן, אז אפילע א דאָס קליין-װייניק, װאָס מיר װעלן דאָ 
צוגעבן, װועט אויך שוין זײַן גענוג, אז ס'זאָל אין א געוויסער מאָס כאָטש 
קלאָר װוערן, אז סרולין האָט דאָ א בלינדער כוש געפירט: אים, אן ארויס- 
געשטויסענעם פון זײַן דאָר, אָנצוטרעפן אף זײַן פּאָר, אף לוזין, װאָס אין 
אין א געוויסן פּראט אויך אזא, װי ער, -- ארויסגעשטויסן -- אף צוזאמען 
טליען, רייכערן און עפשער וען-ניט-ווען אויך אופלאקערן. 

איז אלזאָ, צוריק צו לוזיס אָנהײיב, 

קעדיי אָבער מ'זאָל מער פארשטיין דאָס, װאָס מיר װעלן באלד װײַטער 
דערציילן, דארף מען אפּריַער געדענקען, אז דאָ האנדלט זיך וועגן אזא 
און אזוינע, װאָס, געפינענדיק זיך אין קלעם פון א ביז גאָר טרויעריקער 
און אויסגאנגלאָזער װירקלעכקײַט, האָבן זיי גענומען זוכן טרייסט פאר 
זייער קיִעם נישט אין קאמף קעגן איר, נאָר אין ריכטן און אויסטרוימען 
אן אנדערע, קלוימערשט אזא, װאָס זאָל יענע פארבײַטן און שטילן זייער 
דורשט צו ערדישימענטשלעכער געװוונטשענער מאמאָשעס. 

נישט קאָנענדיק באקעמפן די טרויעריקע װירקלעכקײַט, װאָס האָט זי 
געװאָרגן און נישט געגעבן פרײַ צו אָטעמען, האָבן זיי געזוכט באלוינונג 
פּאר זייער קינדעריש-אומבאהאָלפענער פּײַן בא אן אויסגעטראכטן בא- 
שיצער -- בא א טאטן אין הימל, בא זײַנע פארמיטלער -- צאדיקים אף 
דער ערד און באם גאנצן יענעם שטרויענעם גענארערײ, בא וועלכן האָ- 
פענונגלאָזע און אומבאהאָלפענע טוען זיך האלטן, קעדיי ווייניט-איז און 
מיט װאָס-ניט-איז זייער וועלט אָפּצושטופּן, 

זיי האָבן געטאָן דאָס, װאָס ס'איז אייגנטימלעך און װאָס ס'טוען אלעמאָל 
פארומגליקלעכטע קנעכט פון אלערלאנד און אלערליי רעליגיעס און 
אַבערגלובנס, -- זי גייען אוועצק, קערעווען אָפּ און טוען זיך אויס פונעם 
מאמאָשעס, קעדיי צו קאָנען לײַכט און אומגעפּענטעט אומשוועבן אין דער 
ניט-געשטויגענער און נישט-געפלויגענער װועלט, װאָס גיט זיי די מעגלעכ- 
קײַט זיך צו דענקען פרײַ און פאר שעפער פון זייער אייגענעם גוירל, 
נישט זעענדיק, אז אינדערעמעסן אין אָט די קלוימערשטע פרײַהײַט א 
פארקנעכטעט-אויסגעטרוימטע, אן איליוזאָרישע, װאָס פּענטעט זי נאָך 
שטארקער, פארשלעפערט זיי און גיט זיי איבער אין די הענט פון זייער 
אייגענער אָנמאכט און פארבלענדעגיש. 


21 


סא צאר אף זי -- אף די, וועגן וועלכע מיר ריידן אין אָט דעם 
בוך, -- אף די לוזיס, מיכלס און אנדערע, פארטשאדעטע און געפּענטעטע 
קנעכט פון זייער צאדיקים- און כסידים-טרוים, װי א צאר ס'איז אף אלע 
אנדערע זייער-גלײַכן פון אלע אנדערע וען אמאָל געועזענע אָבער- 
גלויבנס, וועלכע זײַנען זייער פיליקימערדיקע וועלט אדורכגעגאנגען, נישט. 
וויסנדיק די סיבע פון זייער קימער און נישט זעענדיק, פונוואנען זייער 
ענגעניש שטאמט און מיט װאָס פארא מיטלען מ'קאָן זיי באקעמפן. זי 
זײַנען זייער וועלט אדורך מיט אומזיסט פארלוירן-געגאנגענע קויכעס, מיט 
פארגלייזטע אויגן אף ארוף, אָפּגעקערעװעט פון אלעם, װאָס ארום זיי, 
גײַסטיק הונגעריקע און דורשטיקע און נאָר מיט טרוימערישן סאם אף די 
ליפּן, 

א צאר אף זיי... 

און איצט צוריק צום איניען, 

ס'האנדלט זיך וועגן יענער צײַט בא לוזין, ווען ער האָט פאר זײַן זיידן 
דעם שאבסעצװיַעניק זיך גענומען פּײַניקן. ער איז געשלאָפן אף דער ערד, 
געטראָגן ליים אין די שיך. ער פלעגט איבערשטיין גאנצע שאָען, באזוג- 
דערס באם דאוונען, מיט אראָפּגעלאָזטע הענט, ניט דערלויבן זיך קיין ריר 
טאָן, זי אף קיין רעגע ניט אופהייבן, ביז זיי פלעגן זיך אים אָנגיסן, װי 
צוויי עמער, געשװאָלן און געדראָלן. 

ווען ער פלעגט זיך שוין יאָ אמאָל דערלויבן אװועקלייגן אף א גע- 
לעגער, איז דאָס געווען נאָר אין פײַערלעכע טעג, אין א יאָמטעװ אָדער 
שאבעס, אי דאָס אויך נאָר אף א מין שמאָלער באנק פון אָנדערהאלבן 
ברעטער די ברייט, אָן שום אונטערגעבעט, און דעם צוקאָפּנס האָט ער 
אוועקגעלייגט אינמיטן, קעדיי די פיס זאָלן זיך אים אראָפּהענגען.. 

ער האָט אויסגעזען יונג, אָבער מוירעדיק קערפּערלעך פארמאטערט -- 
אזש א קעלט איז פון אים געגאנגען. ס'האָט היפּש געדויערט, און, װי מיר 
האָבן צום אָנהייב דערציילט, האָט עס שוין מיט אים געהאלטן שלעכט, 
געהאלטן בא קרענק און זיך אוועקלייגן, ביז, װי דערמאָנט, מע האָט אים 
צו יענעם רעבן געבראכט, צו וועלכן ער האָט זיך דערנאָך שטארק צוגע- 
בונדן, און יענער האָט אף אים אָנגעשריגן, אים פון זײַן נעזירעס אופגע- 
לייזט, און לוזי האָט געפאָלגט. 

מע האָט ניט באוויזן זיך ארומקוקן, װי לוזי, װאָס איז נאָך זייער יונג 
געווען און סאמע אין בעסטן בלי, האָט אף זיך לײַב גענומען, די אקסל 
האָבן זיך אים צעשפּארט, די ביינער געקרעפטיקט, און די קליידער, וועלי 
כע זײַנען אף אים פריִער געהאנגען, האָבן באלד גענומען פּלאצן אין די 
נאָטן, 

ס'א נײַע הויט אֹף אים געקומען, און לוזי איז איבערגעגאנגען אין 
הײיפּעך פון דעם, אין וועלכן ער האָט זיך פריִער געפונען. לוזי אין גע- 
װאָרן דער פריילעכסטער און באליבטער מעקורעוו באם רעבן, פון אלע 
עלטערע זיך אויסגעטיילט מיט יוגנט, פון אלע ייַנגערע -- מיט אזא 
קראפט און איבערגעפולט פון קויכעס, אז אפילע די סאמע ייַנגסטע האָבן 
זיך אף אים פארקוקט מיט קינע. 


17--9 279 


אף אלע סימכעס, וי אף ראביייַשע יאָמטױיווים, אף ראביייַשע כאסע" 
נעס, װען א וװעלט פאָרט זיך צונויף און ווען א געויינלעכער -- און 
אפילע ניט קיין געוויינלעכער -- מענטש זעט זיך דעמלט ניט אָן, האָט 
זיך ער, לוזי, אויסגעטיילט פון אלע -- אף אים צו באמערקן, צו באװוּג- 
דערן אלס שײַנדל און אלס אזוינעם, װאָס אלע שפּיגלען זיך אין אים, און 
װאָס יעדער ,הויף? איז מעקאנע יענעם, וועלכער פארמאָגט און האלט 
אין זײַן שויס אזוינס. 

דער סאמע פריילעכסטער, דער בעסטער דאוונער, דער גרעסטער טענ- 
צער, דער אלערליבסטער און סאמע נאָענטסטער בא אלע און בא אליין 
דעם רעבן. ער האָט געגעסן און געטרונקען מיט סימכע, און מער וי גע- 
געסן און געטרונקען, האָט אים די פרייד פון די אקסלען געשפּארט פון 
הוילן נאכעס נאָר, װאָס ער לעבט אף דער וועלט. 

ער האָט געלערנט, געדאוונט, געלעבט מיט אזא האנאָע, װאָס װוער 
ס'איז לעבן אים געשטאנען נאָענט, האָט דורך אים געקאַנט זען די וועלט 
אן אנדערע, װי ער האָט זי אליין געזען --א באליבטע, א באשײַנטע און 
דערלאנגט אף אזא אויפן, װאָס איז קעדײַ זי באליבן. ער האָט אָנגעשטעקט 
זײַן ארום מיט דעם, װאָס װײיניק מענטשן זײַנען מיט דעם באשאָנקען 
נעמלעך -- מיט א ווארעמער ליכט, װאָס איז פון אים געגאנגען. 

באזונדערס האָט זיך דאָס בא אים ארויסבאוויזן אין א סימכע-צײַט, 
ווען פיל פאָלק איז צוזאמען, ווען געמיטער אופגעשנורעוועט, און ווען 
סימכע איז אליין גרויס און ווערט נאָך גרעסער, ווען זי האָט א צענטער, 
א מיט-פּונקט, פונוואנען זי גייט ארויס און צעשטראלט זיך אין איר 
קרײַז און ארומיקײַט. דעמלט האָט מען אים, לוזין, געזען מאמעש, וי 
מיט פליגל. ער האָט געטרונקען, און זײַן קאָל האָט דעמלט אלעמענס 
אריבערגעקלונגען. דאָס ערשטע קלוגע, דרייסטע, אלעמען נאָענטסטע 
װאָרט האָט ער געהאט אף צו פריילעך מאכן און אלעמענס הערצער צו 
פארייניקן און אין נאָענטקײַט צוזאמענעמען. 

מע האָט אים דעמלט באדארפט זען סאמע בייס דער רעכטער, געדיכ- 
טער סימכע, בייס א ראביישער כאסענע, ווען פיל שטרײַמלעך און 
שווארץ-זײַדענע און װײַסיאטלעסענע קאפּאָטעס זײַנען געזעסן באם הויפּט- 
טיש אויסגעזעצט, -- ויַאזוי מע האָט זיך מיט אים בארימט, און ולַאזוי 
פּענעמער האָבן געשײַנט, וען מע האָט דערזען לוזין אופטרעטן אין 
העכסטן קרײַז פון א גוואלדיקן אוילעם ארומגענומען, װיסנדיק, אז מיט 
אים װעט מען ניט פארשעמט זײַן, און אלע בײַזײַענדיקע געסט, קרויווים, 
מעכוטאָנים פון אלע ,, הויפן? װעלן דאָ מעקאנע זײַן. און מע האָט טאקע 
מעקאנע געווען. 

לוזי איז שוין יעדעס מאָל דעמלט געווען א ביסעלע באטרונקען, אָבער 
אף זײַן שטאלטנער פיגור און אף זײַן יונג קרעפטיק פּאָנעם מיטן יונגן 
נאָך בערדל האָט מען קיין סימען שיקרעס נישט באמערקט. לוזי האָט 
געקוקט צום אוילעם מיט דאָרשטיק-טרוקענעם פײַער אין די אויגן, װי 
א קינד, װאָס הייבט זיך אָן לערנען גיין און האלט די אויגן צו דער מו- 
טער געװענדט, אין זיכערקײַט און אין האָפענונג, אז זי װעט ניט לאָזן 


273 


פאלן, ניט לאָזן זיך שעדיקן און דעם ציטעריק-נייטיקן גלײַכגעװיכט אין 
דער נייטיקער צײַט דערלאנגען. 

לוזי האָט געטאנצט. ס'איז קעסיידער פאָרגעקומען אין א גרויסן, פאר 
כאסענעס אויסגעבויטן שאלאש, װוּ ייַדישע באלמעלאָכעס האָבן זיך גע- 
קליגט אן אײינשטאָקיק געבײַ פארוואנדלען אין צויי, קעדיי צו פאר- 
טאָפּלען די צאָל פּלעצער פאר אזוינע, װאָס װעלן ניט האָבן דאָס גליק 
צו באקומען אן אָרט פון אונטן, זיי זאָלן פון אויבן, פון א מין יארוס, 
קענען אראָפּקוקן. ' : 

ס'איז געווען מוירעדיק ענג. מענטשן זײַנען געשטאנען אֹף קעפּ, און 
שאמאָסים האָבן שוֹין געװוּסט און מע האָט פאר לוזין א ווארע געמאכט 
און אין גרויסער ענגשאפט א ראָד פאר אים צעשטטפּט. א 

לוזי איז ארויס, יעדעס מאָל צוערשט מיט די אויגן צו די שפּיץ 
שטיוול אראָפּגעלאָזט, װי ער װאָלט זיך געשעמט פאר עפּעס, געקווענקלט, 
אוֹן װי ער װאָלט באטראכט די פיס, מיט וועלכע ער דארף איצט פאר אזא 
גרויסן אוילעם ארויסטרעטן, זען, צי קאָן ער זײַן זיכער מיט זי. ער 
האָט צום אָנהייב זיי באטראכט, װי א גוטער באלמעלאַכע באטראכט זײַן 
געצײַג, איידער ער גייט מיט דעם זײַן מעלאָכע טאָן. 

באלד איז ער מיט זיי זיכער געװאָרן, און לוזי האָט זיך בא דער 
זײַט פון דער געמאכטער ראָד, הארט לעבן איר אויסגעבילדעטער וואנט, 
הארט און אָנרירנדיק קימאט די מענטשן, װאָס האָבן זי געבילדעט, זיך 
אװעקגעלאָזט, װי א מין לײַכטער פויגל, װאָס דרייט זיך ארום זײַן גע- 
ווינס און ליבע, צו וועלכער --איידער ער װעט זי באהערשן--שאפט 
ער זיך ווינט און פּלאץ און א פאָרבארײַטנדיקן ליבע-קרײַז. 

ער האָט ארומגערינגלט די ראָד פון אינװוייניק--- איין מאָל און נאָך 
א מאָל, און דער גאנצער אוילעם, סײַ דער, װאָס פון אונטן, סײַ דער, 
װאָס אפן הויכן יארוס, איז שוין געווען זײַנער. גלײַך ער, דער אוילעם, 
װאָלט אין דער מינוט ניט געהאט גאָרניט אף זײַן וועלט, אויסער דאָס:-- 
א גרויסע ראָד, און אינמיטן --איינער, וועלכער װאָלט אויסגעזען, װי 
מע װאָלט אים פארגעבן א מין רעטעניש, אָדער א מין אויצער איז אים 
ערגעץ דאָרט אין דער ראָד פארגראָבן, און ער דארף אין גרויסן שטיל- 
שװײַגן און מיטן קויעך פון עפּעס א פארהוילנסטן כוש דאָס רעטעניש 
טרעפן און דעם אויצער צו אלעמענס גליק ארויסגעפינען, 

און אָט האָט זיך לוזין געדאכט א שפּור.. ער איז ארויס מיט אזא 
פאָרזיכט, װי א יעגער אין וואלד צװישן קוסטעס פארטײַעט, ווען ער 
פארשפּירט זיך אף אזויפיל, אז ער הערט ניט זײַן אייגענעם אָטעם. דער- 
בײַ האָט מען זײַן יונגן, שלאנקן קערפּער באמערקט, װי ער איז אָנגע- 
שטרענגט און אלע װײַלע טוט ער זיך א װאָרף פון איין אָרט אפן צווייטן 
און בלײַבט װײַטער א װײַלע פארטײַעט. דאָס זוכן געדויערט. װי דורך 
א גרויס פארשטעלעניש, דורך גאָר טונקעלן און האלב-טונקעלן, מאכט ער 
זיך א וועג צו זײַן ציל. און אָט האָט ער עס, אָט האלט ער שוין באם 
דערגרייכן, 


274 


דאָ דערפרייט זיך לוזי. ער לאָזט ווידער אראָפּ די אויגן צו זײַנע פיס, 
װי מיט א דאנק דערפאר, װאָס זיי האָבן אים ארוױיסגעהאָלפן, און װאָס, 
װי יעדעס מאָל, ווען ער פארלאָזט זיך אף זיי, האָבן זיי אים אויך איצט, 
אויך הײַנט, זײַן האָפּענונג ניט גענארט. ער נעמט מאכן שפּאן מיט זיי, 
און יעדער שפּאן, פילט מען, איז א דאנק, יעדער טריט--א לויב דער 
ערד, װאָס לוזי וואקסט אף איר און װאָס זי האָט אין זיך געפינסן פאר 
אים. ער פארהייבט די פּאָלעס, גלײַך ער װאָלט איבער די קניען אין 
גאָלד געגאנגען, און די אויגן זײַנע דערבײַ זײַנען געװענדט מיט א 
שמייכל פול מיט לויב צו די, װאָס רינגלען אים ארום און וועלכע 
האלטן אים אונטער בייסן טאנצן, און לוזי דאנקט פארן אָנהאלט, פאר דער 
שטיצע, 

זײַן סימכע שטארקט זיך. און דאָ דערזעט דער אוילעם, קוקנדיק אף 
לוזין, װאָס א מענטש, װאָס איין מענטש נאָר, קאָן אין איין מינוט 
אמאָל טאָן מיט א מאסע, מיט א גרויסן קלאל. אלעמענס אויגן האָבן אים 
אזוי באקלעפּט, אלעמענס אָטעמס זײַנען אזוי אָנגעהאנגען געווען אין 
איִם, יעדער מינדסטע באוועגונג זײַנע איז געווען אזוי אין צוזאמענהאנג 
מיט אלעמענס באגער צו מאכן די זעלבע באוועגונגען, אן ס'איז ניט 
געווען אונטערצושיידן פון דעם, וועלכער ס'מאכט זיי, ביז די, וועלכע 
שפּירן אים נאָך און װועמען ס'דאכט, אז ניט ער, נאָר זיי אליין מאכן 
זיי גענוי און פּינקטלעך.. 

א וילדער ויכער האָט זיך פאר זייערע אויגן געטראָגן אין דער 
געשטאלט פון א יונגן, א פלינקן, װאָס אמאָל האָט ער, מײַסע-קאָזאק, 
מיט איין האנט אף דער פּאָטיליצע פארלייגט, געמאכט א ראָד אין א ראָד, 
א קרײַז אין א קרײַז ארום זיך אליין און ארום זײַן אייגענער איבערגע- 
פולטקײַט: און אמאָל, פארקערט, האָט ער מײַסע-זאָקן, װי שוין פון מאנגל 
אין קויכעס פּאמעלעך זיך געלאָזט, אָבער דערפאר אין זעלטענער מעיו- 
שעװודיקײַט און שטארק געלײַטערט, װי װען אלעס בעסטע און דער- 
פארנסטע ווערט אין דער איידלסטער און געשטילטסטער פאָרם דערלאנגט. 

אמאָל האָט ער, טאנצנדיק, װי אין א שטילן גאָרטן געשפּאצירט, וי 
בייס א זון זעצט זיך און אלץ ארום װוערט פון דער פארגאכט-שטילקײַט 
באהערשט: אלעס לעבעדיקע, אלעס באפליגלטע, דאָס זשומענדיקע און 
צוויטשערנדיקע פון טאָג װוערט אף שלאָפן באלייגט, און איינער נאָר א 
מענטש א לעבעדיקער טוט פאר זיי אלע זײיער טאָגיכעזשבן מאכן, בא- 
זיניקט און באטראכט זיי זייער זין. און אן אנדערשמאָל ווידער האָט מען 
איִם געזען, װי אליין אזא מין געפליגלטער, װי ער, װערט צו טאָג און 
צו זון אופגעוואכט און פון פרייד פון דער זון און דערוואכונג, ווייסט ער 
ניט װאָס צו טאָן מיט זיך, הייבט זיך אוף אין רוים, און דער רוים איז 
אים װי צו ענג, נידערט אראָפּ און קומט וידער ארום, און דער שלונג 
און דער האלדז איז אים צו וייניק פאר דעם ליב און ליכט, װאָס 
ווארגט אים. 

דעמלט האָט מען געזען, װי לוזי האָט װוידער, װי צום אָנהייב טאנץ, 
זײַנע אויגן געװענדט צו די, װאָס רינגלען אים ארום, אין וועלכע, וי 


279 


ס'האָט זיך געדאכט, אז אלע זײַנע כײַעסן הענגען, און פון גרויס 
איבערפולטקײַט האָט ער זיך צו זיי װוי מיט א מין אויסגעשריי גע- 
ווענדט: 

-- אוילעם, -- האָט ער אויסגעשריגן, -- כ'קאָן דאָס ניט ארויסברענגען. 
כ'האָב קיין ווערטער ניט, נאָר מיט דעם, מיט די פיס, מיטן טאנץ, הייסט 
עס,--האָט ער מיט די אויגן אף די פיס געויזן, --און װי א יונגער 
הירש, װאָס יונגע הערנער האָבן אים נאָרװאָס אופגעשפּראָצט, האָט ער 
מיט אזא זינגענדיקער לײַכטקײַט אין ראָד װידער א גײַ געטאָן, מיט אזא 
פארכלינען זיך פון אייגענער שפּילנדיקער קראפט, אז מענטשן האָבן מוירע 
געהאט צו קוקן, װײַל מענטשן ארום האָבן דאָ דערפילט, װי א מענטש 
פארגייט זיך און פון איבערפלוס פון גוטס און אייגענער װילדער אנצי- 
קונג קאָן ער זיך, כאָלילע, פון זינען רירן... 


+ + 8 


מיט אזא-אָ פארבלענדטקײַט פלעגן דעמלט דערציילן וועגן לוזין אלע 
יענע, וועלכע זײַנען מיט אים פון איינע אָנשױוּנגען און איין װעלט 
געווען, פון איינער ברוסט האסאָגעס געזויגן און װאָס אזוינע ארט אופי- 
רונגען און מידעס, וי לוזיס, האָבן זיי אלס מוסטער געדינט און זיי האָבן 
זי קימאט פארייניקט. 

אָט אזוי, האָבן זיי דעמלט װײַטער פארבלענדט דערציילט, לוזי, ווען 
ער איז יונג געווען, וװען ער האָט אין סימכעס און יאָמטױיװוים אָנטײל 
גענומען, ווען ער -- דער צענטער, ווען אלע עלטסטע האָבן אים, װי דעם 
יוירעש זייערן באטראכט, און אלע ייַנגסטע האָבן זיך פון אים א מוסטער 
גענומען. ער פלעגט דעמלט נאָכן טרינקען פון פארן טאנץ --ערשט נאָכן 
טאנצן א יארדן קאָנען אויסטרינקען. ער פלעגט אין דער פּאסיקע און 
אין ראש ארײַן, און יעדעס מאָל האָט מען שוין געװוּסט, אז ער פלעגט 
דעמלט ווידער פארן אוילעם קומען, מיט מוט זיך אָנעמען, זיך פאר אים 
אוועקשטעלן און זאָגן; 

-- ראבוױיסײַ, כ'וויל פאר אײַך גבורת-הבורא! באװײַזן. --און ער 
פלעגט נעמען קלאפּן אין א שפּיץ טיש.. אויב דער טיש איז געװען אן 
עלטערער, א שוואכער, האָט ער אים טאקע אָפּגעקלאפּט, און אויב ניט, 
וי געוויינלעך, האָט ער זיך די הענט ביז בלוט צעקלאפּט, און שאמאָסים 
האָבן שוין פאָרויס געװוּסט, און ס'איז שוין שטענדיק אזוי אײַנגעפירט 
געווען, אז בייס יענער, לוזי, איז צוגעטראָטן זײַנע גװוּרעס צו באװײַזן, 
פלעגן זיי שוין שטיין מיט א נאסן האנטעך אָנגעגרײט אף אים פארבינדן 
און דאָס בלוט אים פארהאמעווען. 

אזוי אין זײַן יוגנט, ווען די בלוטן האָבן אין אים שטארק געקאָכט, 
און אָפּט פלעגט ער זיך אף זיי קומען קלאָגן, און זײַן רעבע האָט אים 
פארשיידענע אייצעס געגעבן, װאָס אמאָל פלעגן זיי אים העלפן און 


: די קראפט פונעם וועלט-שעפער. 


276 


אמאָל -- ניט, װײַל ער האָט זיך געפילט, װי א יונגע כײַע אין א שטלג, 
װאָס רײַסט זיך די צוימען צו צעברעכן, -- דאָס מיינט מען זײַנע יעיצער- 
האָרעס, װאָס זײַנען אים באפאלן. 

שפּעטער, און מיט דער עלטער, איז ער, נאטירלעך, געשטילט און 
געקילטער געװאָרן. דערפאר אָבער האָט זיך די ליבע צו דעם גלויבן, צו 
וועלכן ער האָט זיך צוגעבונדן, נאָך מער געשטארקט. אזוי געשטארקט, 
אז מאמעש זײַן נעפעש האָט זיך אָן אים אָנגעקניפּט, פון אים זיך ניט 
אָפּצורײַסן. יאָרנלאנג האָט ער זיך געהאלטן בא יענעמס צופוסנס, וי 
אונטער א גרויסן פארצװײַגטן בוים, און דאָרט זײַן זעלישע רו געפונען. 
דער גרעסטער און באליבטסטער מעקורעוו בא זײַן רעבן, יעדעס מאָל, 
ווען אין רעבעס הויף איז עפּעס פאָרגעקומען, איז ער, לוזי, צו אן 
אייצע צוגעצויגן געװאָרן, פריער נאָך פאר אלע אייגנסטע אפילע, און 
דער רעבע האָט אים אלעס פארבאָרגנסטע פארטרויט, אויג אף אויג מיט 
אים אין זײַן אָפּגעזונדערטן כיידער זיך אָפּגעשלאָסן. דערפאר אויך פאר- 
קערט, ווען ער, לוזי, האָט זיך גענייטיקט, איז דעם רעבנס אופנאם, סײַ 
באטאָג, סײַ באנאכט, אים געווען געזיכערט, אין אלע צײַטן האָט ער פרײַען 
אײַנגאנג געהאט, דער רעבע האָט געמעגט זײַן װי מיט אנדערע פארנו- 
מען, איז לוזי געווען נעענטער, לוזי בילכער, 

אזוי שוין ביזן רעבנס עלטער. און אז דער רעבע איז אים אָפּנע- 
שטאָרבן, האָט לוזי דערפילט װי אש אף זײַן קאָפּ: דערפילט, אז ער 
בלײַבט עלנט, אז א קאלטער וינט בלאָזט אים אונטער די פּאָלעס, װײַל 
די לעצטע צײַט האָט ער שוין געפילט, אז די אלטע סטעזשקעס וערן 
פארוואקסן און אז עפּעס קומט אָן אין דער לופט אזוינס, װאָס נאָר 
מענטשן מיט א שארפן כוש קאָנען דאָס ארויסדערפילן, און נעמלעך-- 
א זאך, װאָס א גוואלדיקע ריי דוירעס האָבן זיך דערפאר ניט באדארפט 
זאָרגן, און איצט װעט שוין באלד ניט העלפן די זאָרג. ס'גייט אף דער 
וועלט א מין שלאפקײַט, װאָס מאכט דעם גלויבן אָפּקילן. עפּעס איז דאָ 
ניט גוט, מע דארף אן אייצע, און דער, מיט וועמען מע קאָן זיך אייצען, 
שטארבט. 

און אז דער רעבע איז געשטאָרבן, איז לוזין, װוי שוין דערציילט, 
שטארק דער עלנט צוגעטראָטן, און ער האָט גענומען זוכן ערגעץ אנדערש 
און אין פארשיידענע /,הויפן? אומפאָרן. ער האָט זיך ניט געקאָנט צו" 
קלײַבן, ביז ער איז די לעצטע צײַט צו די זײַניקע אָנגעקומען. 


= 8 = 


און אָט טרעפן מיר אים איצט איינעם אליין, אין יענער שול, וועלכע 
איז מיט אלע צוועלף פענצטער אין אלטן בייס-האקװאָרעס צעעפנט און 
װאָס אין זייערע שויבן שפּיגלען זיך אָפּ קוסטעס און ביימלעך, וועלכע 
ברענגען א לופט אי פון גרינס, אי פון אָפּנעלעבטס, אי מענוכע פון 
װווּקס, אי פון וועלק, און װאָס גיבן צו וויסן, אז אין דרויסן איז א טאָג 
א הייסער, א זומערדיקילעצטער, פון יענע לעצטע, װאָס שטארקן זיך 


27 


און שטײַגן אלע זומערדיקע היצן און הײסקײַטן אריבער. א טאָג, א 
שטאָט מיַט א טומלדיקן וועלט-סיידער אין דרויסן, און דאָ, אין שול, 
דערװײַטערט און ארויסגענומען פון אלע, װי דאָרט אין מארק די בלינדע 
זינגער, די באנדוריסטן, וועלכע זיצן און זינגען דערמאַנונגען פון אמאָ- 
ליקע פאָלקס-נויטן, קנעכטשאפטן, געפענקעניש אא., אזוי אויך דאָ זיצט 
ער, לוזי, אויך א מין זינגער, װאָס איז אף זײַן אייגנארטיקן אויפן 
בלינד -- קוקט אין א סייפער, און טרערן פארשטעלן אים די שײַן, לייענט, 
זאָגט אף א קאָל, װיינט דערבײַ, קלאָגט אויך אף א סאָרט געפענקעניש 
פון א פאָלק מיט אן אלטן און בלינדן גוירל: קלאָגט אף דעם, װאָס, 
וי אים דאכט, איז דאָס פאָלק שוין מיד און די גלויבנס-קויכעס גײיען 
דעם אויס, און צוזאמען דערמיט אויך אף זײַנע אייגענע קויכעס, װאָס 
האלטן שוין בא נידערן און זיך נייגן צו עלטער, און אויך, װי אפן סאָף 
זומער, װאָס כאָטש ער קוקט און שפּיגלט זיך נאָך אָפּ גרין אין די 
צעעפנטע פענצטער, אָבער א פילנדיק הארץ פילט דורך דער גרויסער 
היץ און צעווארעמטקײַט פון טאָג -- שוין דעם סאָף פון יענע טעג, װאָס 
נאָך זיי קומט דאָס, װאָס ס'דארף קומען -- דאָס װעלקן און זון-קילקײַט, 
און יענע מענוכע, װאָס זעט אויס, װי די מענוכע דאָ איצט אפן 
בעסוילעם. 

ער קלאָגט אף זײַן אָפּנעלעבטן אויפן אף דער אָפּנעלעבטקײַט פונעם 
פאָלק, װאָס ער זעט דאָס וי פון הויכן גוירל באשטימט צו זײַן דער 
יעסורים-טרעגער און שטעלט זיך עס פאָר אין דער געשטאלט פון זײַן 
מאַשיעכן, וויאזוי ער, זײַן מאַשיַעך, זיצט, לויט דער לעגענדע, אף די 
טויערן פון רוים, א װונדיקער, א קרעציקער און בינדט אוף, בינדט צו, 
בינדט איבער זײַנע װוּנדן.. 

און אָט זײַנען אייניקע בילדער, װאָס לוזי, דער בלינדער זינגער, זעט, 
אין סייפער זאָגנדיק: : 

בילד איינס: 

ס'א פארטאָג... ער זעט צוערשט א נעפּל, װוּהין זײַן בליק איז גע- 
ווענדט... דערנאָך נעמט לויטערער וװערן, און פון דער װײַט נעמט זיך 
אים א שטאָט באװײַזן: הײַזער, מויערן, איינע העכער פון די אנדערע, 
איינע איבער די אנדערע, אויך פארשיידענע גאנצע שטאָט-יטײלן, װאָס 
אייניקע געפינען זיך אף בערג ארויסצוזען, און אנדערע בא זיי צו- 
פוסנס -- אין טאָלן, 

ס'איז נאָך פרי. די שטאָט שלאָפט נאָך. אָבער א גרויסע ריזיקײַט 
פילט זיך ארויס פון איר שלאָף. ס'דאכט זיך: באלד װעט זי זיך אופ- 
כאפּן און נאָך איר זעטיק-זינדיקער נאכט די אויגן אף דרויסן און טאָג 
עפענען -- װײַטער אף טאָג, נאכט און זינדיקײַט. 

און אָט װערט שוין ליכטיק. פון דער שטאָט הייבט מען אָן ארויס- 
גיין, און צו דער שטאָט הייבן זיך אָן װײַזן פון פארשיידענע װײַטע 
עקן, שליאכן, זיך ציֵען, אָנקומען און אָנפאָרן -- פּויערים פון װײַט-װײיט- 
לעכע דערפער, קעדיי די שטאָט מיט שפּײַן צו באזאָרגן; הענדלער, טעג- 
דלער, כאיאָלעס, קאליקעס, צינש-מאָנער, קנעכט, קונצנמאכער, בעטלער 


278 


און אויך אלערליי פארפּוצטע און האלב פארפּוצטע זוינעס, װאָס װערן 
פון אלע עקן לאנד אהער, אין שטאָט, געשיקט און צוגעשטעלט אף אירע 
קומענדיקע און נאכטיקע פארגעניגנס; און אלע, סײַ די, װאָס קומען ארויס 
פון שטאָט, סײַ די, װאָס קומען און נעענטערן זיך צו איר, דערזעען 
באם טויער פון שטאָט איינעם א פּארשוין, מיט א פּאָנעם א ליכטיקן, 
אָבער א גוף א װוּנדיקן, אין האלב קליידער, האלב שמאטעס, װאָס איז 
אין שטאָט ניט ארײַנגעלאָזט געװאָרן און האָט הײַנטיקע נאכט, װי אלע 
נעכט, דאָ אין דרויסן באם טויער פון שטאָט פארבראכט; און אלע, וי 
אַפּגערעדט, סײַ די, װאָס גייען ארויס, און סײַ די, װאָס קומען אָן און 
דארפן אין שטאָט ארײַן, אז זיי גײיען דעם טויער פארבײַ און זעען 
יענעם פּארשוין זיצן, האלטן זיי וי פאר זייער כויוו, פארבײַגייענדיק, 
אף אים אין זײַנע װוּנדן שפּײַען. װער אף זײַן קאָפּ, װער אין פּאָנעם, 
װער אף זײַנע קליידער און שמאטעס, און יענער װישט אמאָל אָפּ דאָס 
שפּײַעכץ, אָבער מערסט זיצט ער פארגליווערט אין שטומעניש, גלײַך 
ניט אים מיינט מען און ניט אף אים װאָלט מען געשפּיגן.. 

און דאָ צעיאָמערט זיך דער זינגער און אלע אייוורים צאפּלען אין 
אים אוף, צוזעענדיק יענעם מיטן ליכטיקן פּאָנעם א באשפּיגענעם פון 
ווילדע, גראָבע זעלנער, פון הענדלער, טענדלער, קאליקעס און זוינעס, 
און אפן זינען קומען אים פּסוקים און האלב-פּסוקים פון אלטע פּײַטאָנים, 
פון אלטע צאָרנדיקע פאָלקס-זינגער, און צוזאמען מיט זיי צאפּלט ער אוף, 
און א מיט איינעם פון זיי שרײַט ער אויס, װי א פארװונדעטער, 
אפן קאָל: 


פּצעי לא רככה וחבורותי רצח 
ועיני הוכהתה צופה לדודי צחז. 


-ער זוכט א טרייסט און האָט ניט, און דאָס איינציקע, װאָס קאָן אים 
דאָ ארויסהעלפן, איז דאָס, װאָס ער שטעלט זיך פאָר אף יענעמס אָרט, 
וי ער אליין װוּנדיק, ער אליין באשפּיגן, און ער נעמט אף זיך יענעמס 
ביזאיען מיט יענעמס שװײַגעניש און אויך מיט יענעמס באװוּסטזײַן, אז 
אזוי איז פון הויכן גוירל באשערט, און באשערט איז באווערט, באשערט 
איז א גרויסע גאָב פון א מין בענטשנדיקער האנט דערלאנגט. 

און אָט א צווייט בילד:; 

נאכט. פינצטער, און אין דער פינצטער פילט זיך, װי מענטשן גײיען 
אום און זוכן איינס דאָס אנדערע, געפינען ניט, אָבער א שטיק טרייסט 
איז זיי שוין דאָס אליין, װאָס כאָטש צעװאָרפענע און כאָטש איינער קאָן 
אפן אנדערנס שפּור ניט אָנטרעפן, דאָך פילן זיי איינס דעם אנדערנס 
פאראנענזײַן, און אן דער פּלאץ וימלט פון אומגיענדיקע און 
זוכנדיקע. 

ס'פילט זיך דאָרט א שטארק גלײביקע און פארלוירענע מאסע. ס'דאכט 


1 מײַן מאקע איז הארט, מײַנע בײַלן געפערלעך, -- און מײַן אויג שוױן 
פארטונקלט פון ארויסצוקוקן אף מײַן הערלעכן אויסלייזער. 


219 


זיך, אז ווען סװואָלט זיך זיי איצט פון ערגעץ א שטראל, א שײַן באוויזן, 
װאָלט אָט די פאסטנדיקע, אָפּגעצערטע און שוין שמאכטנדיקע מאסע,-- 
װי גרויס זי איז, מיט וויפל קעפּ אף אירע אקסל און מיט וויפל איגן 
אין די קעפּ, -- װאָלטן אלע, װי האלב דולע, צו יענער שײַן זיך א לאָז 
געטאָן, און װאָס פאר אן אויסגאנג זי זאָל פאר זיי דאָרט ניט עפענען-- 
א יאם, אן אָפּגרונט -- װאָלטן אלע, וי איינער, וויפל טויזנטער זיי זײַ- 
נען, פאסטנדיקע און דורשטיקע, מיט געזאנג און הויכער לױבערײַ אנט- 
קעגן אומגליק, װי אנטקעגן אויסלייזונג, געפלויגן. 

און אָט באװײַזט זיך טאקע אין איינעם א הימליעק א פײַער. און 
דאָ דערזעט זיך די מאסע מיטאמאָל באלויכטן -- מיט שלאָפנדיקע קינדער 
אף די הענט, װאָס מיט קעפּלעך זײַנען אף פאָטערס-מוטערס אקסל פאר- 
װאָרפן, עלטערן -- מיד פון גיין און אומזיניקן פּלאָנטערן, און זקיינים 
דערבײַ שלעפּן זיך קוים און שוין דרײַ פערטל צו דער ערד געבויגן, 
און אלע ציִען זיך איצט אהין, צום הימליעקס שײַטער. 

מע זעט: 

אייניקע ווערן פון פרעמדע הענט צום שײַטער געשלעפּט. די גע- 
שלעפּטע ווילן ניט, ווערן זיך, אָבער אז זיי װוערן ארײַנגעװאָרפן, ארײַנ- 
געשלעפּט און געשטיסן, איז די איבעריקע, װאָס דארפן נאָך זיי גע- 
װאָרפן װערן, גייען שוין אליין. אנדערע לויפן מיט אימפּעט אפגיך צום 
פײַער צו, ווארפן פריִער די שלאָפנדיקע קינדער ארײַן, שטויסן װײַבער 
און זקיינים נאָך זיי, און דערנאָך שפּרינגען זיי אליין אין פײַער. זי 
דינען פאר א בײַשפּיל פאר אלע איבעריקע פון דער גרויסער מאסע דאָרט 
פארזאמלט, װאָס ווען זי זעען, װאָס יענע האָבן אף זיך גענומען פרי- 
װיליק און אליין, שטייען זיי א װײַלע, װי א סטאדע פאר אן אומגליק, 
פארלוירן, אָבער באלד קומט זיי דער סטאדע-אינסטינקט צו הילף, יענער, 
וועלכער מאכט סאקאָנע פאר אויס סאקאָנע, ווען גרויסע סטאדעס גייען 
דעם טויט און דער פארניכטונג מיט אנציקונג אנטקעגן; וי גרויס זי 
איז, די מאסע, אלץ שטארקער איר אימפּעט, אלץ וייניקער די געפאר, 
אלץ מער דער דראנג, און וי שאָף פאר אן אומפארמײַדלעכן אָפּגרונט, 
שטויסן שוין איינס דאָס אנדערע און אײַלן זיך דעם טויט אין די אָרעמס 
און אין שויס ארײַנצופליִען, 

קדש את שמך בעולמך על עם מקדישי שמך!,--הערט דאָ דער 
בלינדער זינגער פון די שײַטערס פון יענע צײַטן מיט פארשיידענע קוילעס 
ארױיסשרײַען, און ער שרײַט מיט, ער פילט, װי ער אליין װאָלט דאָרטן 
צוזאמען מיט יענע איצט אין פּײַער געשטעקט, און וי זײַנע קליידער 
האלטן זיך שוין אין סמאליען, און באלד װעט דאָס פײַער אים צום 
לײַב און דער נעשאָמע דערגיין. ער זעט זיך איינער אין א קיבעץ 
פארעכנט, וועלכער האָט זיך אין פיל פײַעריקע סאקאָנעס אײַנגעשטעלט, 
און װאָס אויך איצט, שוין א צײַט נאָך יענע צײַטן, פילט ער, וי דער 


: הײליק דײַן נאָמען אף דײַן װעלט דורך דײַן פאָלק, װאָס הײליקט דײַן 
נאָמען, 


280 


רייעך פון סמאלינע פון זייערע קליידער אראָפּשמעקן -- פון זייערע, וי 
אויך פון זײַנע. 

און אָט א לעצט בילד: 

ווידער פארטאָג.. פון א טונקעלער סאָףינאכטיקער װײַט טיילט זיך 
אויס, װי פאר זון-אופגאנג און פאר ליכטיק וערן, איינס אן אָרט אף 
א האָריזאָנט. אין געשטאלט פון א מין טיער מיט צויי זײַלן בא די 
זײַטן, און אויבן א האלבער בויגן פארקײַלעכיקט, און װאָס מער ס'ווערט 
ליכטיקער, אלץ מער װײַזט זיך אויס יענער טױיער, װי דאָס אָרט פון 
עפענונג, דורכוואנען אליין די זון טאקע דארף זיך דורך דאָרטן װײַזןף 

און באלד באװײַזט זיך טאקע: 

דער טאטע מיטן זון, די באװוּסטע רעב שימען און עליַעזער זײַן זון, 
יענע, װאָס האָבן זיך לאנגע יאָרן אין היילן אויסבאהאלטן, און װאָס 
אָנקומענדיק פון דאָרט, ברענגען זיי װי קילע פארטאָגיקע היילונג צו 
אלע יענע, וועלכע זײַנען אליין אין די שײַטערס געשפּרונגען, אויך ליי- 
טערס פאר זיי, זיי זאָלן גלײַך, װוּהין זיי האָבן געצילט, אופגיין, און 
אויך שײַן אף זייערע קעפּ, זי זאָלן זיי דעם וװעג באלויכטן. דאָס 
מיינט מען די ספאָרים זייערע ,זוהר" און , תיקוני זוהר"?, בא וועלכע 
דער זינגער זיצט איצט און װאָס, װי אים און ענלעכע צו אים האָט זיך 
געדאכט, האָבן יענע ספאָרים די פאָלקס-פארשמאכטקײַט געלינדערט און 
געדינט, װי פײַכטע טוכן צו הייסע װוּנדן צוגעלייגט. 


און באלד פארשווינדט ער, יענער טוער, און ס'באװײַזט זיך א װוּג- 
דערלעכער פּלאץימעהאלעך, אף וועלכן ס'זײַנען אָנצוזען אלע יענע, װאָס 
נעמען אין יענע ספאָרים אָנטײל: בערג, װאָס ריידן מיט מענטשלעכע 
קוילעס; פויגלען, װאָס פארבינדן אין שליכעס איין עק וװועלט מיט דעם 
צװוייטן; קוואלן, ברונעמס, בא וועלכע געוויסע סוידעסדיקע פּאסטעכער 
רוען אָפּ בא זייערע שטילע וואסערן; גראָזן, װאָס היילן און טײיטן; קינ- 
דער, װאָס זעען אויס, װי אלטע, און אלטע --- וי קינדער; נעװיַיִם, זעערס, 
װאָגלער, וואנדערער מיט אש אף די קעפּ און שטויב אין די אויגן -- 
מיט איין װאָרט, אלע יענע פון די װוּנדערלעך-אָנגעהױבענע און נישט 
פארענדיקטע מײַסעס און האלב-מײַסעס --אין פאנטאסטיש-אראבעסקישן 
געפלעכט פון בלומען מיט גאָטס נאָמען--פון געשטאָרבענע און נאָך 
נישט געבוירענע, פון מייסים, װאָס א שמעקנדיקער רייעך צעשפּרײט זיך 
פון זיי אף גאָר דער וועלט, פון שאָטנס פון אזוינע נעשאָמעס, װאָס גייען 
אומבאשטראָפט און קאָנען זיך קיינמאָל צו קיין מענוכע-אָרט ניט דער- 
שלאָגן, און נאָך, און נאָך געשטאלטן, פארוואנדלונגען, גײַסטער, גײער, 
שלעק, שיידים, גוטע און נישט גוטע מאלאָכים און פארשיידן פארשטעלטע 
פּארשוינען, אָנטײלנעמער אין יענע סאָרטן ספאָרים, װאָס די מעכאברים 
האָבן זיי, שולדיק אָדער אליין פארפירט, ווילד אויסגעטראכט צוליב 
עמעצנס טשאד, אויגן-פארבלענדעניש און וועלט-פארדריי. 


1 צוויי באװוּסטע קאבאַלע-ספאָרים. 


281 


+ 67 8 


סרולי האָט אויסגעווארט. ער האָט געזען, װי לוזי האָט די גאנצע צײַט 
פון זאָגן אלע װײַלע װי אופגעשוידערט, װי פון א פראָסט אָדער פון א 
ברי. ער האָט אלע װײַלע, בא די סאמע רירנדיקסטע ערטער פונעם סיי- 
פער-טעקסט, מיט א האנט איבערן שטערן זיך דורכגעפירט, איבערן קאָפּ, 
און אמאָל אויך מיט איר ביזן האלדז-אוןינאקן דערלאנגט. ער האָט זיך 
ווען-ניט-ווען אויך פון אָרֹט אופגעכאפּט, װי ניט קענענדיק אײַנזיצן-- 
נאָר ניט, װי זײַן שטייגער, בייס זײַן אלע אנדערע מאָל לערנען און זאָגן. 
די אויגן האָבן זיך אים אָפט פארטונקלט פון טרערן, װאָס האָבן זיך אים 
געשטעלט, צוזאמען מיט א קכיק, מיט א מין הוסט, אים פון גאָרגל גע- 
קומען, 

סרולי האָט אויסגעווארט, און אז ער האָט געזען, אז יענער האָט גע- 
ענדיקט, אז זײַן געמיט לייגט זיך אים אײַן, זײַן בליק לויטערער, כאָטש 
אייניקע נאסע איבערבלײַבונגען זײַנען אים נאָך אין די אויגן-ווינקלעך 
געווען אָנצוזען, -- האָט ער זיך פון אָרט גערירט, פון דאָרט, װוּ ער האָט 
זיך, אין שול ארײַנקומענדיק, די גאנצע צײַט פון לוזיס זאָגן שטײן 
געלאָזט, 

ער האָט געטאָן א שפּאן פאָרויס, און מיט א שפּאן נאָך א שפּאן צו 
לוזין אונטערקומענדיק, איז ער לעסאָף שטיין געבליבן פאר זײַן שטענ- 
דער. ער האָט פּאמעלעך בעשאסימײַסע די האנט אין בוזעם-קעשענע 
ארײַנגעטאָן, פון דאָרט עפּעס א פּעקעלע פּאפּירן ארויסגענומען און לוזין 
פאר זײַנע אויגן זיי דערלאנגט, 

-- ער קומט פונעם יאריד, און דאָס האָט ער דאָרט אָפּגעריסן, --- האָט 
ער געזאָגט, און גלײַך האָט זיך אים עפּעס די צונג גענומען פּלאָנטערן, 
און די זעלבע װערטער, װאָס ער האָט געברויכט בא מאלקע-ריווען אין 
שטוב צו מאלקע-ריווען, האָט ער אויך דאָ גענומען איבערכאזערן: 

-- ער איז פארבײַגעגאנגען, האָט ער גראָד אף דער שװעל א קוק 
געטאָן, האָט ער דאָס דערזען, האָט ער דאָס אופגעהויבן, האָט ער דאָס 
ארײַנגעבראכט און גיט דאָס אָפּ דעם, צו וועמען ס'געהער, 

-- װאָס פאר א יאריד, װאָס געהער, און װאָס דערלאנגט ער אים דאָ, -- 
האָט לוזי, נישט באנעמענדיק, נישט מיט װוערטער, נאָר מיטן בליק גע- 
פרעגט. 

ער האָט איצט דערזען פאר זיך סרולין א בלאסן, מיט א מין אָפּגע- 
צערטקײַט, װאָס קומט יעדערן נאָך א טרונק און נאָך האלב-שוואכער 
אויסניכטערונג; און אזויווי ער אליין איז איצט נאָרװאָס, װי פון א װלי- 
טער, װײַטער פרעמד אראָפּגעקומען, ווען קיינע היגע זאכן גייען ניט אָן 
און מע באנעמט זיי שוואך, דעריבער האָט ער, ווען ער האָט דערהערט 
פון סרולין די ווערטער ,יאריד" און ענלעכע, האָט ער קימאט די טײַטש 
זייערע ניט פארשטאנען, פארגעסנדיק גאָר, אז אין דרויסן קומט הײַנט 
עפּעס פאָר, און אז פארשיידענע מענטשן קאָנען האָבן צו דעם פאָרקו- 
מענדיקן פארשיידענע און געוויסע שײַכעסן. 


289 


-- װאָס פאר א יאריד און װאָס דערלאנגט ער אים דאָ?-- האָט ער אף 
סרולין און אף זײַן אויסגעשטרעקטער האנט געקוקט און נישט באנומען. 

-- דאָס האָט ער זײַן געלט, פון וועלכן לוזי ווייסט, אף וועקסלען 
אויסגעביטן, טאקע בא זײַן, לוזיס, ברודער מוישע, און ער האָט מוירע 
זי בא זיך צו האלטן, ערגער -- זיי צו פארשיקערן, און ער גיט זיי אים 
דעריבער איבער, און יענער קאָן מיט זיי טאָן, װאָס ער װויל--אף איי- 
גענעם געברויך, אָדער אויב ניט, איז פאר יעדער נויטבאדערפטיקן, ווע- 
מען ער, לוזי, װעט נאָר געפינען פאר נייטיק. 

-- אי, נו... -- האָט לוזי דאָ ארויסגערעדט, און דערבײַ סרוליס האנט 
וי צוריק געשטויסן, -- אי, נו... -- ער מישט זיך ניט, הייסט עס, ער האָט 
ניט צו טאָן מיט אזוינע זאכן און האָט דערצו קיין שײַכעס. 

-- ניין, -- האָט ער גלײַך דערנאָך שוין קלאָר געזאָגט, ---בא אים איז 
ניט קיין אָרט דערפאר, זאָל ער עס געבן וועמען ער וויל, בא זיך אליין 
האלטן, ער זאָגט זיך אָפּ דערפון, װײַל ער איז ניט דער מענטש דערוף. 

סרולי האָט דעמלט וידער אויסגעווארט, ביז לוזי האָט זיך מיט די 
שטייגער-זאכן אָפּנעפארטיקט -- דעם טאלעס-און-טפילן צונויפגעלייגט, און 
דערנאָך -- ביז ער האָט אף זיך דעם מאנטל גענומען. דעמלט האָט מען זיי 
געזען ביידע פון שול זיך ארױיסלאָזן -- לוזין פאָרויס און סרולין הינטער 
אים, ביז זיי האָבן זיך אף די טרעפּ פון אראָפּנאנג אױסגעגלײַכט, און 
דעמלט שוין ביידע צוזאמען, אָבער אויך איצט לוזי עטװאָס פאָרויס, און 
סרולי -- הינטערשטעליק און האָט װי בא זײַן זײַט און מיט דערעכערעץ 
זיך געהאלטן. און אפן וועג האָבן זיי אויך דעמלט צװישן זיך עפּעס א 
געשפּרעך געהאט, װאָס דאָס הױיפּט-װאָרט האָט דאָס מאָל געהערט לוזין, 
און דער געהער -- סרולין, און די גאנצע צײַט האָט מען געקאָנט מערקן, 
וי זײַן אוער איז אָנגעשטרענגט צו זײַן מיטשפּרעכער געװוענדט, װײַל 
אין קאָפּ איז אים ניט גענוג קלאָר, די פיס נאָך ניט איבעריק פעסט און 
דער באָדן, אפּאָנעם, האָט זיך אים נאָך שיקער-וייניקלעך געוואקלט. 


או 
א קליין ביסל שטייגער 


'איז שוין געווען די לעצטע טעג פון 
עלעל. 

אפן /,גראָבן" מארק, אף געוויסע 
שטעלעכלעך, װאָס האנדלען א גאנץ יאָר 
מיט פארשיידענע קליינע װױיכטיקײַטן 
װי מיט לאכאָדעמדיקן שוסטערווארג, 
פלעקלעך אין פּעקלעך, פלעקלעך צע- 
שיט, פאָדעם, שוסטערשע סמאָלע און 
אנד., האָבן זיך איצט, צװישן אנדערן, 
באוויזן קריזשיקעס ואקס אין דער 
פאָרם פון גרויסע, קליינע און מיטעלע 
טעלער און טעלערלעך. 

אָט דעם וואקס װצט באלד די שטאָט, 
די פרימסטע װײַבער אירע, באדארפן 
געברויכן אף נעשאָמעיליכט צום גרויסן, פאָרכטיקן יאָמטעו, צו יאָמקי- 
פּער, צום טאָג פון גרויסן געריכט, װאָס דערנעענטערט זיך. 

יענע װײַבער װעלן זיך, אין די טעג צװישן ראָשעשאָנע און יאָמ- 
קיפּער, זאמלען מישפּאָכעסװײַז, יעדע מישפּאָכע בא איינער א מערסט- 
פרימסטער. מע װעט זיך אָפּזונדערן אין אלקערס, װוּ קיין מאנצבלען און 
קינדער װועלן ניט ארײַנגעלאָזט װערן; מע װעט דאָרט אף יעדער פאָדעם 
פון קנויט עפּעס װי קישעפן, יאָמערן און שטארק ויינען, דערמאָנענדיק 
דערבײַ די נעשאָמעס פון די געשטאָרבענע, וועמען יענע פאָדעם פון יענע 
קנויטן זײַנען געווידמעט. 

גרויסע, לאנגע ליכט װעלן, װי געזאָגט, אין יענע אלקערס אויסגע- 
פארטיקט וװערן פארן פאָרכטיקן גאָט און זײַן פאָרכטיקן געריכטס-טאָג, 
װאָס דעמלט איז ער באזונדערס שטרענג און פאָדערט בא די, װאָס בעטן 
בא אים און וװוילן עפּעס פּױיעלן, באזונדערע ליכט פון א באזונדער מין 
הײליקײַט און פײַערלעכקײַט, געמאכט פון ריינסטן מין און סאָרט, פון 


יט 


1 


בע 


4 
= 
ן 

= 
2 

2 

2 


4 





284 


וועלכע מענטשן אין דער נאטור ארום פארמאָגן --פון בין-מעלאָכע און 
בלומען -- פון וואקס. 

אין שטאָט האָט מען זיך שוין פארשיידן געגרייט צו יענע טעג. דעם 
גאנצן לעצטן כוידעש האָט מען שוין אלע מאָנטיק און דאָנערשטיק גע- 
קאָנט זען גאנצע שאיאָרעס װײַבער, אינדערפרי אפן , פעלד" זיך לאָזן 
און באטאָג צוריק פון ,פעלד"--פארוויינטע, האלב-הייזעריקע, אָבער 
דערלײַכטערטע פון די גרויסע קוילעס, װאָס זיי האָבן פריִער, אף די 
קװאָרים זיך רײַסנדיק, פון זיך ארויסגעגעבן, איצט געשטילטע, אויסגע- 
לאָדענע, װי פון א גרויסער היץ אין דער קיל ארויסגעקומען. 

באזונדערס האָבן זיך געמערט און פארגרעסערט די שאיאָרעס די 
לעצטע מאָנטיקן, די לעצטע דאָנערשטיקן, ווען דאָס גרויסע אָרעמע װײַ- 
בער-פאָלק האָט גענומען זיך אהין לאָזן מיט צעריסענע שיך און שאלן 
מיט אזויפיל נויט פאר א גאנץ יאָר אָנגעקליבן, און איצט --געקומען פאר 
די נאָענטסטע זייערע, פאר די געשטאָרבענע עלטערן, קרויווים, קינדער 
דאָס אויסגיסן. 

ליבער-מייער אפן מײַערל אין ,פעלד" האָט דעמלט גרויס ארבעט און 
פיל פארדינסטן געהאט --פאר צינדן לאָמפּן און לעשן לאָמפּן, זײַנע 
הענט -- פול מעלאַכע: ער האָט זיך אין אײַלעניש פון זײַט אף זײַט, פון 
איינעם צום אנדערן געװאָרפן; און קעדיי זיך צו פארגרינגערן, האָט ער 
איצט מיטגעבראכט א העלפער צו די קוויטלעך, און אויך יענעם איז זיך 
שווער געווען צו אופּאָרען פון די פיל פרויען, מיידלעך, װאָס זײַנען אים 
איבערן קאָפּ געשטאנען: װער ס'האָט געשריבן צום צאדיק, צו זײַנע זין 
און איידעמס, װאָס רוען אין מענער-ישטיבל, און װער אויך צום צאדיקס 
װײַב, צו אירע שניר און טעכטער, װאָס, אָפּגעטײלט מיט א וואנט, זײַנען 
אונטער איין דאך מיטן צאדיק געלעגן. 

אויך פיל שלעפּער, קאליקעס, פארשיידענע קלייקוידעש, װאָס צַן זי 
האָט קיינער ניט געדארפט, נאָר זי -- צו יעדערן; װאָס אליין האָבן זי 
גאָרנישט ניט געהאט, אויסער נאָר -- װער א פעלער, און װוער א קלאָלע 
אָדער בראָכע אין מויל, --אויך זיי, אָט די שלעפּער, קאליקעס, קליי- 
קוידעש, האָבן דאָס הייליקע אָרט דעמלט באלאגערט, באם ארײַנגאנג, 
באם ארויסגאנג, אומעטום, אף די װײַטסטע פארװאָרפענע קװאָרים גע- 
טראָפן, און ער ס'האָט געגעבן, איז פון זיי געבענטשט געװאָרן, װוער 
ניט --ניט. און װער ויל אין אזא צײַט, אף אזא אָרט, ניט געבענטשט 
װוערן? האָבן אָרעמע װײַבער לעצטע גראָשנס פון אָרעמע קניפּלעך און 
קעשענעס געשלעפּט, קעדיי צו באגיטיקן און ארויסקריגן א גוט װאָרט 
פון יענע, װאָס האָבן זיך א גאנץ ליידיקגייעריש יאָר אף אָט דעם שטיקל 
צײַט, אפן געוויסן כוידעש פון פאר די פאָרכטיקע טעג, געגרייט. 

אזוי די װײַבער אין יענע טעג. ס'האָבן זיך שוין אָבער אויך גע- 
גרייט מאנצבלען. די פארשיידענע כסידים-יסעקטעס פון שטאָט האָבן זיך 
שוין יעדערע בא זיך אין איר דאװון-אָרט --אין שול, אין קלויז--גע- 
זאמלט, און אין די פארנאכטן פון די לעצטע טעג פון כוידעש שוין צװישן 
זיך געשמועסט און אָפּנערעדט, ער ווען ,ס'פאָרט'; זיך געשוטעפט, געלט 


289 


געזאמלט, קעדיי צוזאמען באַלעגאָלעס צו באשטעלן, און וועמען סאין 
צו זײַן רעבן געווען װײַטער צו פאָרן, האָט זיך צוגעײַלט מיט אייניקע 
טעג פריִער אין וועג זיך לאָזן, קעדיי צו דער צײַט, צו ערעוו-יאָמטעו, 
װוּהין זיי דארפן, אין זייער װײַטן רעבןדשטעטל אָנצוקומען. 

אף פארשיידענע באלעגאָלישע סטאנציעס האָט זיך שוין שטארק גע- 
טומלט: פון באלעגאָלישן הו-הא, פון זייער צװאָגן, זיך פארדינגען און 
דערנאָך כאראָטע האָבן, װײַל זיי זײַנען פון אנדערע, װאָס האָבן מער 
געגעבן, אויסגעדונגען געװאָרן. 

אזוי אלע כסידים, װאָס האָבן מיט דער אקס געהאט צו פאָרן. מע האָט 
זיך געײַלט, פאר אלעמען, זיך אליין פארן רעבנס יאָמטעוו צו ברענגען, 
און אויך פאָרצושטעלן פארן רעבן די, וועלכע האָבן ניט געקאָנט פאָרן, 
דורכן אלגעמיינעם נאָמען-צעטל (כוללות-צעטל), װאָס מע האָט צונויפ- 
געשטעלט פון אלע אין דער היים פארבליבענע, קעדיי אין לעצטן טאָג 
פון יאָר פארן רעבן דאָס צו דערלאנגען, אז אלע, אז אויך די ניט-געקו- 
מענע, זאָלן צו גוטן, אף א גוט יאָר אויסבעטן, דערמאָנט װערן. 

אזוי אלע, אויסער יענע אונדז באקאנטע, וועלכע האָבן ניט געײַלט, 
װײַל זייער וועג צו זײיער רעבן איז כאָטש א װײַטלעכער געוען, נאָר 
דערפאר האָבן זיי אָבער צו קיין באלעגאָלעס נישט באדארפט אָנקומען, 
װײַל געפירט אהין האָט די באן דאָס זײַנען די בראסלעװוער, וועלכע 
האָבן שוין טראדיציע געהאט, ארױיספאָרן אהין ערשט א טאָג פאר ערעוו- 
ראָשעשאָנע. זיי האָבן זיך אפילע אֹף דער באן דעם זעלביקן טאָג פון 
אָפּפאָרן נישט געײַלט, װײַל פון יאָר צו יאָר האָבן זי געהאט זייערן אן 
אייגענעם, א פארמעגלעכן פּאָסעסאָר פון דער געגנט, וועלכער פלעגט אלע 
פאָרער, וועלכע האָבן זיך פון דער געגנט צונויפגעזאמלט, מיט א גאנצן, 
אפילע באזונדערן וואגאָן באזאָרגן. א באזונדערן דערפאר, װײַל פון אלע- 
מאָל פאָרן האָבן זיי געדענקט און געװוּסט, אז ווען מע פאָרט מיט פרעמ- 
דע, קומט עס אָפט אפן וועג צו כויזעק, זידלערײַ און געלעכטער, און 
אמאָל אויך, באהיט גאָט, צו געשלעג מיטאנאנדער... 

ס'איז זײַן, דעם פּאָסעסאָרס, מיצווע געוען און זײַן אופגאבע -- צו 
באשטעלן מיט א פּאָר טעג פריִער דעם ואגאָן אף דער סטאנציע, בא 
וועמען מע דארף פון די באזיבאאמטע, און געלט פאר אים באצאָלן, און 
דערנאָך, װער ס'וועט האָבן זײַן כיילעק ארײַנצוטראָגן, װעט טראָגן, און 
ער ניט, װעט אזוי פאָרן, אָן זײַן רײַזע-געלט-כיילעק. 


און אָט איז דער טאָג פון ערעװו-ראָשעשאָנע. אפן שטאָטישן װאָקזאל, 
װאָס פאר קיין גרויסן קאָן מען אים ניט רעכענען, אָבער א שטארק בא- 
לעבטער, באזונדערס אין דער צײַט פון אָנקומען און אװעקגיין פון די 
צוגן, װײַל אהין פלעגן זיך צונויפקלײַבן די רײַזנדע פון דער גאנצער 
געגנט, װער ס'האָט צו דער באן באדארפט, -- אפן שטאָטישן װאָקזאל האָט 
מען דעמלט דערזען צװישן גרויסן אוילעם זיך שטופּנדיקע, אומלויפנדיקע 
און אײַלנדיקע, עפּעס איינעם א באזונדער מענטשן-שטראָם, װאָס האָט זיך 


18 286 


איניינעם געהאלטן, װי א טשערעדע שאָף, געשטאנען איניינעם, געגאנגען 
איניינעם, און אלע צוזאמען האָבן שטיל פארפרעמדטע און מיט מוירע 
פארן אָרט, װוּ זיי קומען אהין זעלטן, אפן צוג געווארט. 

און אָט איז דער צוג אָנגעקומען. יענער שטראָם, געפירט פון איינעם, 
א זייעריקן, פון דעם, װאָס מיר האָבן שוין אויבן דערמאָנט, פון זייער 
באן-באזאָרגער, דעם פּאָסעסאָר, האָט זיך װוידער, וי די שאָף צוזאמען 
צו דער פּלאטפאָרמע און צו זייער באשטימטן וואגאָן געלאָזט. 

די צוויי זשאנדארמען, װאָס זײַנען שטענדיק באם באךאָנקומען און 
אוועקגיין בײַגעװען, אלס די איינציקע וואך-האלטער און אָרדענונג- 
היטער, זײַנען אויך דאָס מאָל אף דער פּלאטפאָרמע אין זייער גאנצן 
זשאנדארמישן פּוץ און גלאנץ אומגעגאנגען--מיט די קובאנישע בא- 
ראשקע-היטלען, מיט די װײַסע בערשטלעך האָר פון פאָרנט, מיט די מע- 
דאלן און זילבעריבלאנקענדיקע רובלס אֹף די ברוסטן באהאנגען--בא- 
לוינונגען, װאָס זיי האָבן פון דער העכערער מאכט באקומען פאר זיך 
אויסצייכענען און פאר מוסטערהאפטער זשאנדארמישער דינסט. 

זשוק, װאָס האלט אָנדערהאלבן מענטשן אין דער הייך, שטײַף, וי 
פון שטאָל--אזוי די ברוסט, אזוי די פּלײיצע, און אינגאנצן זעט ער 
אויס, װי אן אומגייענדיקע פארקערפּערונג פון א מעכטיקן מאכט-גוי- 
לעם, --- ער, זשוק, די באקן געגאָלט, נאָר מיט לאנגע, שווארצע װאָנצעס, 
האָט קײינמאָל קיין שמייכל ניט געטאָן, װײַל ער איז פון דער נאטור מיט 
אזא פּײיַקײַט, װי קענען לאכן, ניט געווען באשאָנקען. דערצו נאָך האָט 
אים געדאכט, אז דער זשאנדארמישער שטאט דערלויבט אים ניט דעם מין, 

דער צווייטער, מאטווייעוו -- שוין פיל נידעריקער פון יענעם, אָבער 
מער ברייטער, דעריקער אין דער ברוסט, און אלע זײַנע מעדאלן האָט 
אים די געלע רוסישע צעלייגטע באָרד באדעקט. 

ביידע זיי, אז זיי האָבן איצט דערזען יענעם מענטשן-שטראָם, האָבן 
זײַ זיך, ניט װי זייער געוווינשאפט טאָמיד, אף זיי זיך אָפּגעשטעלט קוקן 
און דעם גאנצן איבעריקן װאָקזאל מיט אלע איבעריקע ואגאָנעס וי פון 
אויג ארויסגעלאָזט. זיי זײַנען מיט יענעם בילד, װאָס בא יענעם וואגאָן, 
אזוי פארכאפּט געווען, אז ס'איז זיי פאר אלעמען און פאר קיינעם שוין 
קיין אכט און קיין אופמערקזאמקײַט ניט געבליבן. נישט געקוקט דערוף, 
װאָס באשטענדיק היגע, נישט געקוקט, װאָס די היגע שטאָטישע און אויך 
אױיסערשטאָטישע באפעלקערונג מיט זײיערע מינהאָגים, גענג, האלטונג 
און האלבאָשע זײַנען זײי זייער גוט באקאנט געװען און פאר זיער 
לאנגער דינסט-צײַט האָבן זיי זיך דאָ גענוג מיט זי אָנגעזען, האָבן 
זי דאָך איצט פון אָט יענעם אוילעם די אויגן נישט געקאַנט אװעק- 
נעמען. 

זיי האָבן אויסגעזען, יענע, פארן ואגאָן זיך צונויפקלײַבנדיק, װי 
עפּעס כײַעס, װאָס װערן אף אן אויסשטעלונג געפירט. צװישן זיי אזא, 
װי יאנקעלע דער הויכער, פירארשיניקער שנײַדער מיטן אראָפּגעבױגע- 
נעם האלדז פאר מוירע; שאָלעם דער טרעגער, דער האלבער העלפאנד, 
װאָס האָט זיך די גאנצע צײַט געשרומפּן און זײַן װוּקס געװאָלט פאר- 


287 


קלענערן; מענאכעם פֿארבער, איבערגעשראָקן פון נישט געווינט. זײַן צו 
פרעמדע אויגן, װאָס קאָנען אף אים א קוק טאָן, און פון דער נישט-היי- 
מישער װאָקזאל-לופט, װאָס האָט געדאכט, אז זי דראָעט אים פון אלע 
זײַטן, האָט ער דעם קאָפּ הארט בא זײַן פאָרױיסגײער געהאלטן און מיטן 
מויל עפּעס א טפילע געשעפּטשעט, אז באהיט און באװאָרנט זאָל ער װערן 
פון אלעם דעם, װאָס קאָן א מענטשן אין וועג און אויך דאָ, אפן װאָק- 
זאל, כאָלילע טרעפן: דאן דאָס ,פּאָרל?, װאָס האָבן זיך אויך דאָ, װוי אין 
שול באשטענדיק, צוזאמען געהאלטן, וי צוויי כײַעלעך קורצזיכטיקע, 
אליין שוין פון דער דרויסן-שײַן צעמישטע, מיט די אָרעמע קאפּאָטקעס 
אף די דארע פּלײצעס, װי ברעטלעך, -- און אויך איצט, שטייענדיק אין 
דער ריי, אין דער לאנגער שורע צום ואגאָן גייענדיק, האָבן יעדערער 
אין מויל צו שטיקלעך ציגײַערס געהאלטן און דאָס לעצטע, װאָס מע קאָן 
פון זיי ארויסבאקומען, אײַלנדיק געצויגן, 

דאָס -- די היגע, װאָס האָבן נאָך ווייניט-ווי דאָך געהאט א שטיקל 
מענטשלעך אויסזען. דאן אנדערע, פון דער פּראָװינץ אָנגעקומענע, אָנ- 
געפאָרענע, וועלכע זײַנען אלע יאָרן ערגעץ אין פארוקטע, װײַט-פאר- 
װאָרפענע ייַשוּוים אָפּגעלעגן, --יענע -- שוין גאָר ווילד, מיט אזא הוי- 
לעך, װאָס אפילע בא מער צוגעװווינטע צו אזוינע האָט געקאָנט א גע- 
לעכטער ארויסרופן, ביפראט בא ניט געװוינטע, בא נישט קיין אייגענע, 
בא זשאנדארמען אף א װאָקזאל.. אזוי, אז װוען זשוק האָט דערזען אָט 
דעם אוילעם, וועלכער האָט זיך אײַלנדיק, איבערגעשראָקן און וועלנדיק 
װאָס גיכער אין וואגאָן ארײַן, געשטופּט און גערוקט אהין, האָט ער צו 
מאטווייעוון, צום צווייטן זשאנדארם, װאָס האָט זיך לעבן אים געטראָפן, 
א װוּנק געטאָן: זאָל ער, הייסט עס, נאָר א קוק טאָן. 

מאטווייעוו, דער מער גוטמוטיקער, דער מיט דער ברייטער ברוסט, 
װאָס איז דערצו נאָך אן אָפטער גאסט פארן בופעט געקומען פאר א צוג 
אָנקומען און נאָך א צוג אועקגיין, האָט איצט, נאָך א זיכערער קויסע 
באם בופעט, טאקע זיך נישט געקאָנט אײַנהאלטן, און נישט, װי ס'פאסט 
פאר אים, פאר א זשאנדארם בייס דער דינסט, האָט, אף יענעם אוילעם 
קוקנדיק, טיף פון זשאנדארמישן הארץ זיך צעלאכט. 

אין דער מינוט אָבער, װי די זשאנדארמען זײַנען אזוי לאכנדיק אנט- 
קעגן וואגאָן געשטאנען, אזוי האָבן זי דערזען, װי צום עק פון דער 
ריי זײַנען די לעצטע דרײַ פּארשוינען אונטערגעקומען: דאָס זײַנען גע- 
ווען מיכל בוקיער, סרולי און לוזי, לוזי -- הויך און שטאלטנע אין זײַן 
זומערדיקן מאנטל אָנגעטאָן... און גלײַך, װי זיי, די זשאנדארמען, האָבן 
אים דערזען, אזוי האָט זיך פון זייערע פּענעמער דאָס געלעכטער אָפּגע- 
טאָן. זיי האָבן אין אים דערקענט א מין עלטסטן, א מין אָנפירער, א מער 
רײַכערן און אין קאָװעד געהאלטענעם, און פאר אזוינע, פאר מער רײַכע, 
פאר מער בעקאָװעדע, האָבן זיי-- צו װועמען יענע זאָלן ניט געהערן, 
צום סאָכרים-שטאנד, צו קלער-לײַט, און פון װאָסער פאָלק און רעליגיע 
זי זאָלן ניט זײַן, אבי נאָר אן עלטסטער, אבי אן אויסגעטײלטער-- 
שוין רעספּעקט און אכטונג געקראָגן. 


18--9 288 


די זשאנדארמען האָבן װײַטער, דאָרט פארן וואגאָן שטייענדיק, גע- 
זען, װי מיכל בוקיער און לוזי זײַנען אין וואגאָן ארײַן, און נאָר איינער 
פון דעם גאנצן אוילעם איז אף דער פּלאטפאָרמע געבליבן--סרולי, א 
מעשונע פּארשוין. 

דער פּארשוין האָט, איידער דער עלטסטער, לוזי, איזן אין װאגאָן 
ארײַן, זיך מיט אים פאר די ארופגאנג-טרעפּלעך געזעגנט. ער האָט אים 
עפּעס געווינטשעוועט, און יענער אים אויך, און אז לוזי איז שוין ארײַן 
איז יענער פאר די וואגאָן-פענצטער שטיין געבליבן, אזוי לאנג, ביז דער 
צוג האָט גערירט און ביז ער האָט שוין געזאָלט פון דער פּלאטפאָרמע 
פארשווינדן. דעמלט האָט זיך יענער עפּעס געכאפּט, זיך דערמאָנט, גלײַך 
ער האָט עפּעס אין וואגאָן פארגעסן, ער האָט זיך פון זײַן אָרט א לאָז 
געטאָן, נאָכן צוג אוועק, און אין דער לעצטער רעגע נאָך באויזן מיט 
דער רעכטער האנט זיך פארן ואגאָן"גאנעקל אָנכאפּן. ער איז געבליבן 
שטיין מײַסעיקאָנדוקטאָר, מיט ביידע הענט פאר ביידע הענטלעך אָנגע- 
נומען, און די פּאָלעס זײַנען זיך אים פון ווינט צעפלויגן. ער האָט צוריק 
געקוקט אפן אָפּגײענדיקן װאָקזאל און אויך אף די פארבליבענע זשאנ- 
דארמען, װאָס אן אנדערשמאָל, װען מע ריכט זיך דערוף, װאָלטן זײ 
זיכער אזא זאך ניט דערלאָזט, אָבער איצט --פארפאלן, װײַל סרולי שוין 
װײַט, און די באן שוין אָפּגעגאנגען. 


און אָט איז ערעװו-ראָשעשאָנע. 

מוישע מאשבער האָט, יענעם פרימאָרגן אופשטייענדיק, געטאָן, װאָס 
אלע זײַן-גלײַכן טוען אין יענעם טאָג: צוערשט אפן הייליקן אָרט אװעק, 
װוּ ער איז פון ליבער-מייערן גלײַך באמערקט געװאָרן, נישט געקוקט 
אפן גרויסן געדראנג און אף דער גרויסער מאסע אוילעם, װאָס האָט זיך 
אין מײַערל דעמלט אָנגעשטופּט. ליבער-מייער האָט אים פון אלעמען אויס- 
געטיילט און טייקעף צו זײַן דינסט זיך געשטעלט, און דערפאר, נאטיר- 
לעך, װי ס'געהער צו זײַן באלוינט געװאָרן. 

נאָכדעם, אז מוישע איז צוריק אהיים אװעק, האָט ער זיך, װי דער 
מינהעג איז, הײַנט מיט קיין געשעפטן ניט פארנומען: ער האָט אין שול 
צווישן דאוונער, דערנאָך אין דער היים צװישן אייגענע, ווייניט-איז די 
צײַט צעריבן. 

ער האָט אזוי װײַט געזען יענעם טאָג זיך אױסטאָן פון אלעם, װאָס 
דערמאָנט אין װאָך און אין יערלעך-געוויינלעכן, אז אינמיטן העלן טאָג, 
נאָכן ערעװו-יאָמטעװדיקן מיטיק, נאָך דעם, װי אין שטוב האָט שוין גע- 
נומען שמעקן מיט יאָמטעװדיקע קליידער, װאָס די שטוב-לײַט האָבן אף 
זיך גענומען: נאָך דעם, װי ס'האָט שוין גענומען שמעקן מיט פארגרייטן 
טיש, װאָס באלד װעלן זיך אף אים די לײַכטער באװײַזן צום פײַערלעכן 
ליכט-בענטשן פונעם לעצטן מאָל אין יאָר--האָט מוישע, װי ער טוט 
זעלטן, דאָס מאָל יאָ געטאָן: ער האָט זיך געהייסן די פּאָרטקע פון סאָד 


289 


אופשליסן, איז אהין ארײַן און אף די אױסגעטראָטענע זאמדיקע סטעזש- 
קעס א ניט קיין בעשוטפעסדיקן שפּאציר גענומען מאכן. 

ער האָט אף די ביימער מיט די שוין האלב-פארגעלטע בלעטער געקוקט, 
וועלכע האָבן אים אפן טרויעריקן געדאנק ארופגעבראכט, דעם אנטשפּרע- 
כיקן אי דער צײַט פון יאָר--דעם הארבסט פון דער נאטור, אי דעם 
דערווארטן יאָמטעװ, װאָס קומט דערמאַנען אינעם הארבסט פונעם מענטשן. 
ער האָט שפּאצירט, און זײַן אויג האָט װוּיניט-װוּ אף די שוין אָפּגע- 
שאָקלטע, סײַ פריַיִקע, סײַ שפּעט-צײַטיקע ביימער ווען אמאָל נאָך איינע 
א פארלאָזענע פרוכט הענגען דערזען. 

שפּאצירט, ביז די זון האָט זיך שוין צום פארנאכט גענייגט. און דאָ 
האָט ער אף איינער א סטעזשקע, א נאָענטער צום פּארקן, --ארופקומענ- 
דיק, אין הויף ארויסגעקוקט. ער האָט דערזען, װי אין די געעפנטע 
פענצטער פון זײַן עסישטוב (געעפנט, מאכמעס דער װעטער איז געוען 
א געשטילטער, א לינדער און קימאט א זומערדיקער), האָט זיך אין אייי 
ניקע פון זיי אן אָפּגלאנץ פון אָנגעצונדענע ליכט אין שטוב באװיזן, -- 
געוויס שוין אפן עסיטיש שטייענדיקע. ער האָט זיך דערמאָנט: ס'איז צײַט 
פון ליכטיבענטשן, װאָס גיטעלע אין אזוינע יאָמטױיװים פארנעמט א ביסל 
פארפריער, און ער האָט דעם גאָרטן פארלאָזט און אין שטוב ארײַנגעקו- 
מען. : 
ווירקלעך: אפן נײַיפארשפּרײטן טיש איז אין איינעם אן עק א רי 
לײַכטער אויסגעשטעלט געשטאנען--גרויסע, זילבערנע, געשײַערטע און 
בלאנקענדיקע, און אינמיטן צװוישן זיי -- איינער א יערושע-לײַכטער, װאָס 
ווערט נאָר אין גרויסע יאַָמטױיװוים געברויכט: א האלבע מענוירע מיט דרי 
רערן אין דער לענג, און פון דער מיטלסטער בייגט זיך ארויס א פערטע 
פון פאָרנט. 

אין אלע לײַכטער -- װײַסע ליכט, און אין דער מענוירע --וואקסענע, 
און אזויווי די לײַכטער-רײ א גרויסע און באזונדערס די האלבע מענוירע 
דערצו נאָך א שטארק הויכע, װאָס אז גיטעלע װעט זי באם ליכט-בענטשן 
באדארפן ארומנעמען און מיט די הענט איבער אירע ליכט אריבערדער- 
לאנגען, װעט איר שוער זײַן, װײַל זי איז נישט מער, װי פון מיטעלן 
װווּקס, און עפשער אויך א ביסעלע נידעריקער, און אירע הענט װעלן ניט 
דערגרייכן, -- האָט מען איר שוין, װי ס'פירט זיך קעסיידער, א פוסבענ- 
קעלע אונטערגעשטעלט, איר װוּקס צו פארגרעסערן און צו פארמערן אירע 
מעגלעכקײַטן בא די הענט צו צעפירן. 

און טאקע: גיטעלע האָט זיך שוין געהאט געגרייט אפן בענקעלע אופ- 
גיין, און איידער נאָך זי האָט א פוס אהין געשטעלט, האָבן זיך איר שוין 
טרערן געקײַקלט, קוקנדיק אף איר מאן און אירע קינדער, וועלכע האָבן 
זי איצט באם טיש ארומגעשטעלט, און פאר וועלכע זי װעט באלד, באם 
ליכטיבענטשן, פאר אלע איניינעם און פאר יעדערן באזונדער באדארפן 
בעטן. צוערשט און באזונדערס--- פאר איר מאן. 

אויך מוישע האָט דעמלט אף איר, אף די קינדער, אף אלע בניי-באלס א 
קוק געטאָן, און פּלוצלינג האָט ער זיך דערמאָנט, אז איינער נאָר א שטו- 


290 


ביקער פעלט דאָ -- אלטער. ער האָט דערום באשלאָסן, פארן ליכט-בענטשן 
און איידער ער װעט אין שול אװעקגיין, ארופגיין צו אים געוווירע װערן, 
זען, װאָס ער מאכט, און װאָס איז מיט אים די לעצטע טעג נאָך יענער גע- 
וויסער נאכט געשען: בעסער -- ערגער. אויב בעסער, א גוט-יאָר זאָגן, אויב 
ניט -- איז כאָטש אף אים א קוק טאָן, קעדיי שפּעטער אים כאָטש אין שול 
דערמאָנען. מוישע האָט דערום באלד די עסישטוב פארלאָזט און אין אל- 
טערס אייבערשטיבל ארופגעקומען, און ארופגייענדיק, האָט ער באמערקט: 
איבערן לינדן, האלב-זומערדיקן וועטער איז אויך אלטערס פענצטער, װאָס 
קוקט אין סאָד ארויס, געעפנט געשטאנען. די האלב-פארגייענדיקע זון האָט 
דורך די ביימער א געלינדערטע, א געדעמפטע אין זײַן צימער ארײַנגע- 
קוקט. אלטער איז אן איבערגעטאַנענער צום יאַמטעוו אין װײַסן וועש אין 
בעטל געלעגן, מיטן פּאָנעם צו דער באשײַנטער פענצטער-זײַט. א שטארק 
מאטער, מיט בלאסע אריבערגעלייגטע הענט איבער דער קאָלדרע, פון 
דער שווערער קרענק, װאָס איז אף אים איבערגעגאנגען, אָבער די אויג 
קלאָרע, באזיניקט, װי בא א כײַיַשער קימפּעטאָרן נאָכן האָבן, װאָס דער 
צאר פון די נאָרװאָס איבערגעטראָגענע ליידן איז איר נאָך אין בליק אָנ- 
צוזען, אָבער קיין ווערטער האָט זי ניט אף מיט דעם צופרידענעם און מיט 
דעם איבערגעקומענעם זיך צו טיילן. 


אז אלטער האָט פריִער דערהערט, דערנאָך דערזען זײַן ברודער מוישע 
אף דער שוועל ארופקומען, אזוי האָט ער זיך באלד צו אים א לײַכטן דריי- 
אויס געטאָן, אף איִם א קוק געגעבן, און א האלב-קראנקער, האלב-באגליק- 
טער אים צו זיך װוי מיט די אויגן אײַנגעלאדן. 

-- װאָס מאכסטו, אלטער? -- האָט מוישע, צו אים איבערן בעטל זיך 
איבערבייגנדיק, געפרעגט. 


-- כ'ווער, דאכט זיך, געזונט, מוישע, -- האָט מוישע אלטערס שוואכע 
ווערטער, פון זײַן שוואכער ברוסט קומענדיק, דערהערט. 

ווירקלעך: מוישע האָט אין זײַן שטים און בליק און אין זײַן גאנצן איצ- 
טיקן באנעם טאקע דערקענט, אז א נײַס, אן ענדערונג איז אף אים געקו- 
מען. ער האָט זיך דערמאָנט אין יאנאָווסקי דעם דאָקטערס ווערטער, אין 
יענעם געוויסן באנאכט, ווען מיט אלטערן האָט זיך אין שטוב אונטן, בייס 
לוזיס אװועקגיין, דער פאל געטראָפן. ער האָט איצט דערזען בעעמעס א 
נײַיגעבוירענעם, כאָטש בלאס און אָנמעכטיק. ער האָט זיך װוילד פארכי- 
דעשט. אָבער אײַלנדיק זיך װאָס גיכער אראָפּצוגײן און אין שטוב אראָפּ- 
צוקומען, האָט ער זיך צו אים נאָכאמאָל א בייג געטאָן און װי אין אוער 
אים ארײַנגעשריגן: 

-- האָב א גוט יאָר, ס'הײַנט ערעװו-ראַשעשאָנע. דו ווייסט? 

-- ערעװו-ראָשעשאָנע? ניין. כ'געדענק ניט... 

מוישע איז אראָפּ. גיטעלע האָט שוין, שטייענדיק אפן פוס-בענקעלע, 
מיטן װײַסן זײַדענעם קאָפּטיכל איבער די אויערן פארנומען, די הענט בא 
די אויגן צוגעהאלטן, און איבער איר פּאָנעם, דורך די פינגער, האָבן זיך 
איר טרערן געגאָסן. מוישע און זײַנע איידעמס זײַנען שוין אין אייבער- 


201 


מאנטלען געשטאנען, גרייט אין שול זיך לאָזן, און די טעכטער האָבן נאָך 
אף גיטעלען געווארט. 

און אָט האָבן זיך אלע פון שטוב ארויסגעלאָזט, און, אויסער די דינסטן 
אונטן, איז אליין נאָר אלטער אפן אייבערשטיבל געבליבן. די פארגייענ- 
דיקע זון האָט דורכן באשײַנטן פענצטער זײַן עלנטן באָכערישן צימער 
באלויכטן, אויך אים אליין אין זײַן ליגנדיקער לאגע. אלטער האָט דעמלט, 
ליגנדיק, שטיל געוויינט -- שטיל אף זײַנע פארגאנגענע יאָרן, װאָס זײַנען 
אים פארגאנגען אָן זײַן װויסן, און אף זײַנע קומענדיקע, װאָס ער ווייסט 
ניט, װאָס װעט אים אין זיי געשען. ער האָט פּאמעלעך די קאָלדרע פון 
איבער זיך אראָפּנענומען און פון אונטער איר ארויס, איז פון בעט אראָפּ, 
און א שוואך-זיך-שלעפּנדיקער, א האלב-נאקעטער צום פענצטער זיך צו- 
געשטעלט. ער האָט אין גאָרטן ארויסגעקוקט און מיט האלב-געשלאָסענע 
אויגן פון שוואכקײַט די פארגייענדיקע זון פון צווישן די ביימער באלייט. 


א 
כמארעס 


דער װײַטער גובערניע-ישטאָט דערװוּסט 
פון דער מײַסע מיטן פּאָרטרעט, אין 
וועלכן פּריצים האָבן געשאָסן בייס דער 
הוליאנקע. מעגלעך, אז דער זעלבער 
טאקע סווענטיסלאווסקי, װאָס נאָך אין 
יענעם זעלבן אפדערנאכט איז פאר אלע- 
מען קלאָר געװאָרן, אז דאָס איז ער טא- 
פן קע דער, װאָס האָט געשאָסן, -- מעגלעך, 
ץ אז דאָס האָט ער טאקע אליין, נאָך דעם 
ש װי ער האָט דאָס אויסקויף-געלט באקו- 
מען, אליין דערנאָך פארמאסערט, מוירע 
האָבנדיק, אן סאָפקאָלסאָף זאָל מען זיך 
אליין ניט דערוויסן, און דעמלט װעט ער 
שלעכט אָפּשנײַדן, וװעט פאר אים זײַן ערגער, 

א סװאָרע, אז אזוי אין דאָס טאקע געווען. אײַ, פארװאָס מע האָט א 
שטיק צײַט דערנאָך סווענטיסלאווסקין פארלאָרן פון אויג און, װי מע האָט 
איבערגעגעבן, איז ער יענע צײַט געזעסן ארעסטירט? ווער װוײיסט? מעג- 
לעך, אז עפּעס פאר אן אנדער שווינדל: מעגלעך אָבער אויך, אן אין די 
הויכע ערטער האָט מען מיטן ארעסט געמיינט אים רייניקן אין די אויגן 
פון די פּריצים ארום: אז קלוימערשט איז מען אויך אים כישעד, אז 
קלוימערשט שטעקט דאָ אויך פאר אים סאקאָנע, און דערמיט װעט דער 
צוטרוי צו אים מיצאד די פּריצים, כאָטש אין דעם פאל, ניט אָפּפאלן, זיי 
וועלן, אלקאָלפּאָנעם, זײַן איבערצײַגט, אז ניט ער האָט אויסגעגעבן. די 
הויכע ערטער, הייסט עס, האָבן דאָ געװאָלט פארהיטן סווענטיסלאווסקין 
פאר זיך, אזוי וי ס'איז אָפּט געטאָן געװאָרן אין אזוינע געהיים-מעלוכישע 
פעלשונגען און מעסירע-זאכן. 





203 


וי די מײַסע זאָל ניט זײַן, נאָר אין א שיינעם טאָג האָט זיך אין שטאָט 
באוויזן א גאנצע אױספאָרש-קאָמיסיע. מע האָט צו דער קאָמיסיעס אָנקומען 
שוין געהאט אראָפּגעבראכט קימאט אלע אָנטײלנעמער פון יענער הוליאנ- 
קע אף , פּרעטשיסטע". עמעס, דערװײַל נאָך נישט איבעריק שטרענג, נאָר 
אין האלב-געהיימע מעלדונגען, װאָס מע האָט ארײַנגעשיקט צו די פּריצים 
אין די הויפן, איז געשריבן געווען, אז צו דעם און דעם טאָג ווערן זיי גע- 
רופן אין קרײַזישטאָט, קיין א, אף אן אויספרעג. וועגן װאָס דער אויס- 
פרעג -- האָט די מעלדונג נישט דערקלערט, נאָר פּריציִם האָבן גלײַך 
פארשטאנען און זיך אָנגעשטױסן, אז ס'איז געוויס א נאָכשלעפּעניש פון 
דעמלט, פון דער מײַסע מיטן שיסן, און אוואדע האָט די הויט אֹף זי 
שוין רעכט געציטערט. 

בא אזא פּארשוין, לעמאָשל, וי באם יונגן קאָזעראָגע, איז שוין אפילע 
רעכט געווען, אז מעקוראָװים און הויף-לײַט האָבן אים געייצעט, ער זאָל 
זען זיך פארנעמען און װי מעגלעך גיכער די גרענעץ אריבערשווארצן, 
װײַל װוער ווייסט, מיט װאָס אזא זאך קאָן זיך אָנהייבן און מיט װאָס זיך 
אױסלאָזן: אז דעריקער, װי באװוּסט, -- האָבן הויף-לײַט געטײַנעט, -- 
מיינט מען דאָך דאָ ניט דעם עמעס: יאָ גערעכט, ניט גערעכט, אז דעריקער 
וויל מען פון זי פּאָטער װערן, מע זוכט אן אויסרייד, און בא װאָס נאָר 
מע קאָן זיך אָנכאפּן -- אבי א שולד, אבי זיי ניט צורו לאָזן, אבי פון זייע- 
רע ערטער זיי אויסרייכערן און זייערע פארמעגנס לעטויוועס דער מעלוכע 
אוועקנעמען. 

אזוי, אז בא קאָזעראָגען, לעמאָשל, האָט שוין דערבײַ טאקע געהאלטן -- 
באם אנטלויפן. מע האָט דערנאָך דערציילט, אז אין יענעם באנאכט, װאָס 
אף מאָרגן האָט ער, לויט דער אײַנלאדונג, שוין באדארפט קומען אין קרײַז- 
שטאָט א, --איז שוין בא זײַן , הויף? געשטאנען א גרײט-געשפּאנטע 
קארעטע, געטרײַע דינער האָבן שוין געהאט ארױיסגעטראָגן פון שטוב דאָס 
געפּעק בא פאקעלן, קעדיי דאָס אוועקלייגן אף דער קארעטע. ער אלין, 
קאָזעראָגע, שוין אין וועג-מאנטל, שוין אין א װוינטער-פּעלץ, װײַל ס'האָט 
אים געטרייסלט און געפרעסטלט. אלץ שוין גרייט. נאָר אין לעצטן מאַָ- 
מענט, ווען ער האָט מיט די שארפּענדיקע פיס זיך געלאָזט אראָפּגײן פון 
די טרעפּ פון זײַן הויז, האָט ער זיך עפּעס א מעשונע דריי געטאָן, זיך 
פארטשעפּעט און שירישיר ניט אומגעפאלן, ווען ניט א נאָענטער דינער 
זאָל אים געווען אונטערכאפּן. דער דינער האָט געמיינט, אז דער פּאַרעץ 
האָט זיך נאָר אויסגעגליטשט. עס האָט זיך אָבער אויסגעלאָזט -- ניין, דער 
גראף האָט זיך שוֹין פון דעם דינערס הענט ניט געקאָנט אופהייבן. ער 
איז, װי א קלאָץ, אָן לאָשן, אָן באוועגונג און אינגאנצן א געליימטער, מיט 
זײַן גאנצער שװערקײַט אף אים געלעגן --- כאָטש נעם און לייג אים אוועק 
א פּייגער. מע האָט אים באלד אין שטוב ארײַנגעטראָגן און מע האָט גלײַך 
דערזען: דאָס מויל איז אים אף א זײַט, פון ווינקל מויל רינט אים, איינס אן 
אויג פרעמדלעך-גלאָזיק, און א גאנצער האלבער קערפּער שוין בלאָו, װי 
א מילץ. אזוי, אז ער, קאָזעראָגע, איז ארויס פון קאָן, און אים האָט מען 
דערװוײַל צורו געלאָזט, 


294 


אלע אנדערע אָבער זײַנען, נאטירלעך, אף דער אױספאָרשונג יאָ גע- 
קומען. מע האָט זיי גענומען אפן פארהער, זיי האָבן פריער געלייקנט 
שטיין-און-ביין. אלע, װי אָפּנערעדט, האָבן אפילע דעם פאקט פונעם שיסן 
נישט געװאָלט אָנערקענען. ס'האָט אָבער נישט געהאָלפן: װאָס מער מיט 
איין אויסגעפרעגטן, אלץ מער איז די אױיספאָרשער צוגעקומען באװײַזן, אז 
דער פאקט איז זיכער געשען, און הענגען געבליבן איז נאָר די פראגע, 
ווער איז געווען דער ערשטער, דער אָנהייבער, און װער פון די איבעריקע 
האָבן אים מיטפילנדיק אונטערגעהאלטן, װײַל אלע, װי די אױיספאָרשער 
זײַנען געוווירע געװאָרן, האָבן דאָך צוזאמען דעם פּויליש-פארבאָטענעם 
הימן געזונגען, אזוי אז אין אלגעמיין איז דאָס בילד געװוען קלאָר, און, 
נאטירלעך, זײַנען שוין אייניקע אײַנגעלאדענע פּריצים אהיים צוריק ניט 
געפאָרן און זײַנען אין שטאָט פארבליבן גערעשטעוועט. און ביינע-לעביי- 
נע, בייס דער אױיספאָרשונג, האָט מען שוין נאָך איינעם א פאָדעם ארויס- 
געצויגן -- יענעם, װאָס האָט געפירט צו די ייִדישע שטאָטישע נעגידים, 
וועלכע האָבן, ליפערנדיק די פּריצים דאָס שטיץ-געלט, זיי געהאָלפן די 
זאך צו פארווישן. 

מע האָט דערום געלאָזט רופן אויך די ייִדישע גווירים. דאָס האָט ארויס- 
גערופן אזא צעטומלעניש און שרעק אין אייניקע הײַזער, אז דער סאָד, 
װאָס איז צוערשט געבליבן צוישן אייניקע געציילטע אומיטלבארע אָנטײל- 
נעמער אין יענעם איניען, דה. צווישן אליין נאָר די מענער, װאָס האָבן זיך 
באטיײיליקט אין דער געוויסער אסיפע בא רעב דודין -- אָט דער סאָד איז 
איצט אויס סאָד געװאָרן. פריער פאר די װײַבער פון די אָנטײלנעמער, 
דערנאָך אויך פאר די קינדער, אייגענע, פרײַנט, נאָענטע און קרויווים. 
דער טומל און די פארלױירנקײַט האָט שוין קימאט דערגרייכט, װי בייס א 
סרייפע אָדער בייס א געוויסער, ווען מע וייסט זיך קיין אייצע ניט צו 
טאָן. פון פארלױירנקײַט האָבן אייניקע װײַבער, אייגענע, פרײַנט, קרויווים 
באלד גענומען לויפן צו גוטע-ייִדן נאָך אייצעס, און אנדערע אפן , פעלד" 
קװאָרים מעסטן, אאוו. 

דעם ראָוו, רעב דודין אליין, האָט מען דערװײַל נאָך צורו געלאָזט -- 
צו דער אױיספאָרשונג אים ניט גערופן. צי מאכמעס קאַװעד פארן קלער, 
צי מעגלעך עפשער דערפאר, װאָס טאָמער װעלן זיך די איבעריקע אקשע- 
נען, זיך ניט װעלן מוידע זײַן און ס'וועט האלטן בא ברענגען זי צו א 
שװוּע, זאָל דער ראָוו זיי איבעריידן, דערצו ניט דערלאָזן, װײַל אנדערש 
וועט ער צוזאמען מיט זיי מוזן שווערן -- א זאך, װאָס איז א ביזאָיען פאר 
קאָהאָל און װאָס אפילע דער געריכט זעט מיט דעם זיך ניט אָפט באנוצן, 
ביז לעצט, ביז אלע מיטלען זײַנען שוין אויסגעשעפּט. אזוי, אז אים, רעב 
דודין, האָט מען נאָך דערװײַל ניט אָנגערירט. דאָס האָט אָבער ניט גע- 
שטערט, אז אויך בא אים אין שטוב זאָל זיך פילן טישע-בעאָוו, אז אויך 
דאָרט זאָל מען ארומגיין אָן קעפּ: די רעבעצן -- צעטומלט, און פון די 
הענט איז איר אלעמאָל אן אנדער זאך ארויסגעפאלן און זיך צעבראָכן, 
װאָס דאָס אליין האָט איר שוין געדינט פאר א שלעכטן סימען. רעב דודי 
אליין האָט נאָר געשוויגן, נאָר דערפאר אָבער די שנור רעב דודיס, װאָס 


299 


דער איינציקער ייִכעס אירער איז געװען דאָס, װאָס זי האָט זײַן איינ- 
ציקן זון לאנג קיין קינדער ניט געהאט, און מע האָט איר אָפט געקוקט 
אפן בויך און אף אירע װײַבערשע פּײיַקײַטן, זי זאָל זיך מיט זיי, סאָפקאָל- 
סאָף, באװײַזן, -- זי, די שנור, װאָס איז אלעמאָל ארומגעגאנגען פון גאנצ- 
פרי אָן שוין אין זײַדנס און אין שלייער, איז דאָס מאָל שוין פון איר פּוץ- 
געדער ארויס, איז ארומגעגאנגען האלב-אָנגעטאָן און איז אלעמאָל פאר 
איר מאן געקומען, און ער, א צוגעשלאָגענער און האלבער שלימאזל, האָט 
זי צום טאטן, צו רעב דודין, אָפּגעשיקט, און רעב דודי אליין, דער, װאָס 
א גאנצע שטאָט און א גאנצע געגנט האָט פאר אים געציטערט און גרויס 
אכטונג געהאט, -- רעב דודי אליין האָט זיך דאָס מאָל פון דער שנור גע- 
לאָזט אויסווארפן און ריזען: 

-- אז װאָס האָט דאָס אים געטויגט? -- אלעמײַ האָט איר זיך גאָר גע- 
מישט? מ'איז דאָך אײַנגעשטעלט מיטן לעבן. 

-- וויי איז איר! -- האָט זי געטײַנעט. -- װאָס װועט דאָ זײַן, און וו" 
הין װעלן זיי אהינקומען? 

אויך אין אנדערע שטיבער, בא די גווירים, װי געזאָגט, זײַנען קעפּ 
געגאנגען כאָדאָראָם, און פארן גיין צו די אױיספאָרשער און נאָכן קומען 
פון די מאנען האָבן די װײַבער אף זיי גענוג טרערן פארגאָסן און אויך זיי 
גענוג פאָרװוּרפן געמאכט: , אוואדע, אז מע טוט אליין, טאָמיד אף איי- 
גענער אכרײַעס און מע אייצעט זיך קיינמאָל ניט אפילע מיט קיין שטוב- 
מענטשן, אפילע מיט קיין אייגן װײַב ניט". און נאָך די אלע פאָרװוּרפן 
זײַנען די מאנען, גײיענדיק אהין, װוּהין זיי זײַנען גערופן געװאָרן, באגלייט 
געװאָרן פון די װײַבער, אזוי װוי אף די עשאפאָטן. 

די גאנצע צײַט, ווען מע האָט זיי דאָרט געהאלטן, האָבן הײַזער ניט 
געלעבט, ניט גערוט. מע איז אומגעלאָפן, װי פארסאמטע, זוכנדיק און 
פרעגנדיק אייצעס, בא וועמען מע האָט געמיינט זיי צו געפינען, און אויך 
אפילע בא וועמען ניט. 

דאָס זעלבע, נאטירלעך, אויך אין אונדזער באקאנטער שטוב, בא מוישע 
מאשבער, װאָס אויך אף איר האָט זיך די מײַסע-אוספאָרשונג װי א פינצ- 
טערע כמארע אָנגערוקט. מע האָט ניט געװוּסט פון װאָס און פונוואנען 
װײַל פאר דער גאנצער שטוב, אפילע פאר גיטעלען, אויסער נאָר פארן ייֵג- 
גערן איידעם, פאר נאָכעם לענטשער, איז דאָך די גאנצע מײַסע מיט די 
פּריצים און מיט דער אסיפע בא רעב דודין געבליבן א סאָד, װאָס מע 
האָט ניט געהאלטן פאר נײיטיק אים צו דערציילן. איצט האָט מען שוין 
נישט געקאָנט, מע האָט געמוזט ארויס מיט אים, און די שטוב-לײַט האָט 
דאָס געטראָפן וי א דונער. 

אלע האָבן געקוקט אף מוישען, װי אף א פארורטיילטן, און װי מיט 
א כוילע-מעסוקן האָט מען זיך מיט אים מיט די בליקן געזעגנט און שטי- 
לערהייט אים באוויינט. גיטעלע -- אויסער זיך. זי איז ארומגעגאנגען 
איבער דער שטוב הין און צוריק, װי א מענטש, װאָס האָט עפּעס א שװוערן 
איניען צו באטראכטן, גייט אום פון ווינקל צו ווינקל און ברעכט די הענט 
און קנאקט די פינגער, זוכנדיק אן אויסגאנג פון דעם, צו וועלכן ער האָט 


296 


זיך אין קלעם ארײַנגעפּאקט. זי איז געווען צעמישט, אָבער אזויווי די זאך 
איז געווען צו ערנסט, האָט זי דאָס מאָל ניט געפונען קיין לײַכטע טרערן 
פונעם הארץ זיך אָפּצוווײינען, נאָר פארקערט, זי איז געווען געשלאָסן, האָט 
קיין מויל ניט געעפנט, זיך אפילע מיט װעמעןיניט-איז וועגן דעם זיך 
דורכצורעדן. 

אזוי אויך די טעכטער מוישעס. איין נאָכעם נאָר, דער איידעם, וי א 
מאנצבל און װי א מער צוגעגרייטער און א מער באהאוונטער אין דעם 
איניען, װײַל אים איז דאָך פון לעכאטכילע אָן דער סאָד פארטרויט געי 
ווען, האָט מיטן שווער, מיט מוישען, וועגן דעם יאָ א פּאַר װוערטער אויס- 
גערעדט, אָבער מיט א מין טארומעס און מיט יענעם סאָרט כאָכמע, װאָס 
מע דערווערבט קעסיידער נאָך דעם, ווען אן אנדערער טוט אָפּ א נא- 
רישקײַט. ער האָט איצט שטילערהייט געפּרוּװוט זײַן דער קלוגער און אויס- 
ווארפן דעם שער דאָס, װאָס פארפאלן און װאָס איצט האָט עס שוױן 
געהייסן נישט מער, וי זאלצן יענעם אף די װוּנדן. 

-- פארװאָס האָט מען טאקע ניט באטראכט, איידער מע איז צו אזא 
אייסעק שוטעף געװאָרן, איידער מע איז גאָר געגאנגען דערוף, אפילע 
ווען דערוף האָט צוגערעדט אזא, װי רעב דודי, און ווען אפילע אלע זײַ- 
נען דערוף אלַנגעגאנגען. 

מיט איינעם װאָרט, צאָרעס האָבן געהאט אלע יענע הײַזער, װאָס זייערע 
פּאָטערס און מאנען זײַנען אין יענעם איניען געווען פארמישט, סײַ איידער 
זייַערע פאָטערס, מאנען זײַנען אף דער אױיספאָרשונג געגאנגען, באזונדער 
אָבער דערנאָך, שוין נאָך דער אױיספאָרשונג, ווען אלע זײַנען, װי די אוויי- 
לים פון באגלייטן עפּעס א נאָענטן מעס, צוריק אהיים געקומען -- אָן לאָשן 
אין מויל און מיט קעפּ אראָפּגעלאָזטע. 

װײַל ייַדן האָבן בייס דער אױיספאָרשונג טאקע רעכט גוט אָנגעפּלאָנ- 
טערט: ניט צונויפרעדנדיק זיך פריִער, אָדער נישט זײַענדיק אלע בא איין 
דייע, װיַאזוי זיך צו האלטן, האָט יעדער אף זײַן אייגענער אכרײַעס צו- 
ערשט די גאנצע מײַסע מיט דער אסיפע און מיט דעם געלט-אנטלײַען 
געלייקנט שטיין-און-ביין: מע ווייסט ניט פון עפּעס צו זאָגן. אָבער אז מע 
האָט געזען, אז די אויספאָרשער ווייסן פון אלץ ביז א מינדסט, גענוי אפי- 
לע וויפל מענטשן האָבן דאָרט אָנטײלגענומען, גענוי אויך די סומע, וועלכע 
ס'האָט זיך געפאָדערט און וועלכע זיי האָבן טאקע צוגעשטעלט, -- האָט 
מען פארשטאנען, אז לייקענען און זיך מאכן טאמעוואטע װעט שוין דאַ 
נישט העלפן, ניין, און מע האָט געמוזט -- בע-מע -- אלץ, װאָס מע האָט 
געװוּסט, פאקט נאָך פאקט דאָס גאנצע בילד פון דער אסיפע און דעם גאנצן 
עמעס אויסלייגן. מע האָט בא די צונגען געשלעפּט, און די צונגען האָבן 
שוין בא אלע אין דרויסן געשטעקט. 

עמעס, די באציונג פון די אױיספאָרשער צו די אויסגעפרעגטע ייִדן איז 
ניַט געווען די זעלבע הארבע, וי צו די פּריצים. פון לעכאטכילע אַן איז 
פאר די אױיספאָרשער, װײַזט אויס, קלאָר געװאָרן (און עפשער זײַנען זיי 
שוין מיט אָט דער מיינונג גרייט פארטיק פון דער געהעריקער מאכט 
אראָפּגעקומען), אז דער אָנטײל פון די ייִדן אין אָט דער מײַסע איז בעשום- 


297 


אויפן ניט צו פארגלײַכן מיט דעם אָנטײל פון די פּריציִם. די ייַדן האָט קיי- 
נער דאָ ניט כוישעד געווען אין מיטגעפיל צו דער עצעם-זאך, װי זיך קעגנ- 
שטעלן דער מעלוכע, װי ביכלאל צו האָבן צו אזוינע זאכן א װאָסער-ניט- 
איז שײַכעס. די איקער שולד זייערע האָט דאָ נאָר געקאָנט זײַן אין װועלן 
ארויסהעלפן די פּריצים, װי טאָמיד זיי זײַנען געװווינט, ווען יענע זײַנען 
געענגט, און פון זייער זײַט האָט דאָס געשמעקט נאָר מיט האנדל, מיט 
פּראָצענט, מיט געלט-רעװאָכים און נישט מער. אזוי, אז דער גאנצער אי- 
ניען -- האָט מען געקאַנט אױסטײַטשן -- איז זיי גאָרניט אָנגעגאנגען, זי 
זײַנען אפילע ניט מעכויעוו געװען צו ויסן, װווי װײַט די פּריצים 
זײַנען שולדיק און אף וויפל דארף מען זיך דאָ פון דעם איניען װײַט 
האלטן. 

עמעס, מע האָט געקאָנט אױיסטײַטשן אויך אנדערש, פארקערט: העלפן 
א פארברעכער איז אליין א פארברעכן. די ייִדן מיט די פּריצים זײַנען 
דאָ איינס: יענע האָבן געטאָן, די האָבן פארשטעלט, יענע -- פארשולדיקט, 
און די האָבן זיי אויסבאהאלטן, און נישט נאָר זײי, די ייִדן, האָבן אליין 
נישט דערציילט, נאָר אויך געגעבן געלט און כאבאר, אז אויך אנדערע 
זאָלן ניט דערציילן. 

יאָ, מע האָט געקאַנט טײַטשן אי אזוי, אי אזוי. דאָך, ווען די אויסגע- 
פרעגטע װאָלטן ניט געווען אזוי צעטומלט, װאָלטן זיי זיכער באמערקט, 
אז די באציונג צו זיי איז דאָך א פיל לײַכטערע. א סימען -- מע האָט 
קיינעם פון זיי נאָכן אויספרעגן ניט פארהאלטן, און אויך בא דעם אויס- 
פרעגן האָט מען געזען, אז מע װויל דאָ בא זיי נישט מער, וי נאָר דערגיין 
דעם עמעס, נאָר דעם פאקט אופשטעלן -- די מײַסע מיטן געלט אנטלײַען 
אַבער זיי אליין, די אויסגעפרעגטע, שפּילן דאָ קיין איבעריקע ראָליע. 
אזויווי אָבער אלע פארלוירן -- פאר אלעמען, פונעם פּלאַנטערן און פון 
דעם, װאָס מע האָט פריַער געװאָלט לייקענען, דערנאָך זיך געמוזט מוידע 
זײַן, איז מען צעטומלט געבליבן און מע האָט שוין נישט געקאָנט באנעמען 
נישט אין טאָן, נישט אינעם האלטן זיך און נישט אין דער באציונג, אֹף 
וויפל מע מעג דאָ רויַק זײַן און אף וויפל אומרויַק, און אלע האָבן זיך נאָך 
מער פארלוירן, אזוי װײַט, אז אלע האָבן, נאָך דער אױיספאַרשונג אהיים 
קומענדיק, אויסגעזען, װי נאָך א שווערן טאָנעס, אָדער װי נאָך א דונער- 
שלאג, ווען רויך איז אין קאָפּ און פּאכעד אין די אויגן. אלע --ניט אויס- 
גענומען אויך מוישע מאשבער, נאטירלעך. 


:: + - 


דאָס איז פאָרגעקומען גלײַך נאָך די יאָמטױיװוים, ארום אָנהײיב כוידעש 
כעשווען, ווען אין דרויסן שוין דער געוויסער הארבסט מיט די רעגנס בא- 
טאָג, רעגנס באנאכט, אָן אופהער און אף גאנצע װאָכן. יענער כוידעש, 
װאָס אפילע אין געוויינלעכע צײַטן אין אויך אפן הארצן פון א גאנצער 
שטאָט א בלאָטע, וי אין דרויסן. ס'גייט א לאנגער הארבסט, דערנאָך דער 
ווינטער, שווער פאר אלעמען, פאר אָרעמע באלמעלאָכעס, װאָס נאָך די 


208 


יאָמטויװוים און יארידים-צײַט פון סאָף זומער איז זיי די פּארנאָסע קנאפּ. 
שווער אויך דעם מיטעלן שטאנד, װאָס ביז די ווינטערדיקע,פאסטן", ביז 
ס'שטעלט זיך א גוטער שליטוועגס, איז דער האנדל נישט איבעריק גע- 
הויבן, אויך פאר מער פארמעגלעכע -- אליין פונעם דרויסן, װאָס ער 
זײַט, וי דורך א זיפּ, און נעפּלען שטייען אי באטאָג, אי באנאכט אין שטאָט 
און אף דער װײַטער געגנט ארום און מאכן די שײַן טונקל און דעם אָטעם 
געדריקט. דעריקער אָבער דאָס יאָר שווער, װײַל דאָס יאָר האָט זיך, וי 
מ'האָט שוין סאָף זומער געקאָנט ארויסזען, זיך געשטעלט א שלעכטס, 
מאכמעס דער אומגערעטעניש, װאָס דאָס װעט זיך אף אלע געשעפטן נישט 
איבעריק גוט אָפּרופן, נישט אויסגענומען קיינעם, נישט אויסגענומען אפילע 
אזא הויז אויך, װוי אונדזער מוישע מאשבערס -- און עפשער גאָר פאר- 
קערט, פאר מוישע מאשבערס הויז באזונדערס שלעכט. 

װאָרעם בעעמעס: װוער ס'איז א ביסל מער קלאָר אין די געשעפטן פון 
יענער צײַט, דער ווייסט אויך, אף װאָס אזוינע הײַזער, אזוינע געלט-קאָנ- 
טאָרן, װי מוישע מאשבערס, האָבן זיך דעמלט געהאלטן און זיך געגרינ- 
דעט. הייסן האָט דאָס באדארפט אזא הויז, אזא געשעפט, וי מוישע מאש- 
בערס, א מין ,קרעדיט- און דיסקאָנטיגעשעפט", װי מע האָט שפּעטער 
מיט יאָרן אזוינע טאקע אָנגערופן. די ארט געלט-מיסכאָרים און אָפּערא- 
ציעס -- טאקע, וי אין א מין קרעדיט- און דיסקאָנט-באנק, די באזע אָבער, 
דה. דער קרעדיט, דער אומזאץ-קאפּיטאל, אויסערן גרונטיקאפּיטאל פונעם 
אייגנטימער, איז געווען גאָר אן אנדערע וי אין די קרעדיט- און דיס- 
קאָנט-קאַנטאָרן פון די שפּעטערע יאָרן. 

יענע יאָרן, וועגן וועלכע מיר ריידן דאָ, האָבן זיך אזוינע געשעפטן גע- 
בוט א ביסל פּרימיטיו: נישט דעריקער אפן קרעדיט, װאָס שפּעטער 
פלעגן אזוינע באציען פון גרעסערע בענק, ניין, דעריקער האָבן אזוינע 
געשעפטן אין יענע צײַטן אין אזוינע פּראָװינציַעלע שטעט װי א גע-י 
לעבט פון אלטפרענקישן צוטרוי טאקע פון די אײַנװױנער פון די זעלבע 
שטעט, וועלכע האָבן פאר זייערע אָפּנעשפּאָרטע געלטן טאָמיד געזוכט א 
זיכערע האנט, א באָטועך, און ציטערנדיק איבער זייער קערן-קאפּיטאל, 
האָבן זי אָפט אפילע אף דער גרייס פון די פּראָצענטן ניט געקוקט און 
האָבן זיך באנוגנט מיט װייניקער, וויפל זיי װאָלטן געקאָנט ארויסבאקו- 
מען בא נישט קיין באָטוכים. 

ס'האָבן געהאלטן געלט אִין אזוינע געשעפטן מענטשן מיטעלע און 
אפילע אָרעמלעכע, וועלכע האָבן געשפּאָרט אפן נאדן פאר קינדער, אֹף 
בויען זיך א דירע, אָדער אלטע לײַט, װאָס האָבן אָפּגעלײיגט געלט אף דער 
עלטער -- אף לעצטע יאָרן לעבן, און דערנאָך אף קװוּרע און טאכריכים 
אאוו.; מענטשן, װאָס האָבן מוירע געהאט דאָס װײיניק ביסל פארמעגן צו 
האלטן בא זיך און אויך אין פרעמדע, נישט זיכערע הענט דאָס איבער- 
געבן, און אזוינע געשעפטן האָבן זיי געדינט פאר פײַעריקאסעס, און זי 
האָבן זיך פארלאָזט אף זיי, װי אליין קימאט אפן ריבוינעשעלוילעם. 

מיט איינעם װאָרט, אָט דאָס, אָט אָידער צוטרוי איז געווען דער הויפּט- 
קוואל, פונוואנען אזוינע געשעפטן האָבן זיך גענערט און פונוואנען דאָס 


299 


מערסט געלט און קאפּיטאל איז צו זיי געפלאָסן. ס'איז דערום גענוג גע- 
ווען, אז א ליאדע שלעכט װאָרט, א ליאדע שלעכטע יעדיַע--א באגרינ- 
דעטע אָדער ניט --- זאָל זיי מיטאמאָל דעם גאנצן קרעדיט אונטערײַסן, און 
אזוי וי מ'האָט זיך פריַער אין יענע געשעפטן געהאלטן, װי אין אן אט- 
זערנער וואנט, אזוי זאָל מען איצט, נאָך דער שלעכטער יעדיַע, נישט 
וועלנדיק דערגיין אפילע דעם מאָקער, פונוואנען זי שטאמט, --אזוי זאָל 
מען איצט דאָס געשעפט באלאגערן, און מיט קוילעס און מיט זידלערײַען, 
ביז קלאָלעס און ביז שטיינער אין די פענצטער, דאָס פארטרויטע געלט 
צוריק ארויספאָדערן. 

עמעס, כאָלילע, ס'האָט נאָך דערבײַ ניט געהאלטן בא מוישען, מיט דער 
שלעכטער יעדיע האָט נאָך געהאלטן װײַט. מע האָט דאָך, וי געזאָגט, וי 
װײַט מעגלעך די מײַסע מיט די פּריצים געטישקעוועט. מע האָט זי צום 
ברייטן אוילעם ניט דערלאָזט, און אליין יענעם אוילעם האָט זיך דאָס ביכ- 
לאל אפן זינען ניט געלייגט, אפילע ווען מע האָט אים יאָ דערציילט און 
ס'האָט יאָ צו זײַן אויער דערגרייכט: , אייסעך, װאָס פארא פּריצים און װאָס 
פאר א שיסן? און אז יאָ געשאָסן, איז װאָס? צו זייערע קעפּ! צו זייערע 
הענט-און-פיס! מאיאסעניקעס! אָבער װאָס האָבן דען דערצו כאַשעװע און 
אַנגעזעענע באלעבאטים, װי אזא וי מוישע מאשבער, פאר א שײַכעס? -- 
ניין, ס'גלייבט זיך ניט און לייגט זיך ניט אפן סייכל"... אזוי האָבן צוערשט 
געטראכט אלע, ביפראט האָבן זיך ניט געקענט גלייבן אזוינע לײַט, וועגן 
וועלכע מיר האָבן דאָ נאָרװאָס גערעדט, יענער שיכט, מישטיינסגעזאָגטע, 
קרעדיטאָרן -- מענטשן האלב-דערשלאָגענע, װאָס גייען קיינמאָל פון זייער 
אָרעמען קרײַז אינטערעסן ניט ארויס, װאָס מע לעבט נישטיק און פונעם 
נישטיקן לעבן שפּאָרט מען נאָך אָפּ א גראָשן א נישטיקן, מע היט אים, װי 
דאָס אויג אין קאָפּ, מע בינדט אים, מע קניפּלט אים, ביז ס'קלײַבט זיך אָן 
א שוין קויםידערלעבטע סומע, וועלכע מע זאָל קאָנען לײַטיש טראָגן און 
אין לײַטישע הענט זי אװעקלייגן: און װאָס, אגעוו, דערצו, צו אָט דעם 
טראָגעניש, פלעגט מען קעסיידער אָנטאָן די יאָמטעװדיקע קאפּאָטע, און 
אז מע איז געקומען אהין, צו וועמען מע האָט געבראכט דאָס געלט, -- 
צום גרויסן געלט-כאַשעװו -- איז מען געשטאנען, וי אן אָרעמאן פאר דער 
טיר, גלײַך מע דארף דאָ פון יענעם גאָר די גרויסע טויווע... 

אָט די לײַט, זאָגן מיר, איז אפילע ווען די מײַסע-פּריצים האָט צון זי 
יאָ דערגרייכט, האָבן זיי ניט פארשטאנען איר באטײַט ניט פאר יענעם, 
מיט וועמען זי האָט געטראָפן, און אוואדע, און אוואדע ניט פאר זיי אליין, 
װאָס ,װאָס האָט דאָס צו זי פאר א שײַכעס, װאָס גייט עס זי אָן?? -- 
און זי האָבן פאר דער גאנצער מײַסע וי געהאט וואטע אין אויער... 

דאָך, אף וויפל די מײַסע איז פאָרט באװוּסט געװאָרן, און מע האָט גע- 
נומען פון איר ריידן, און אף וויפל אויך אזוינע, האלב-געמיינע לײַט, האָבן 
זיך פון איר דערװוּסט, איז כאָטש ניט באנעמענדיק, װי געזאָגט, דעם גע- 
נויען באטײַט פון דער געשעעניש, דאָך האָבן זי פון עפּעס א טעמפּן פאָר- 
געפיל זיך אָנגעהױיבן באומרויַקן און פאר זייערע אויסבאהאלטענע און צי- 
טערדיקע קניפּלעך דערשמעקט סאקאָנע, 


200 


מע האָט דערום דעמלט געקאָנט טרעפן יעדן אזא איינעם, װי ער איז 
אינמיטן א פרימאָרגן, פון זײַן געמיינער באשעפטיקונג אָפּגעריסן, אהיים 
געקומען. און שטייענדיק פאר אן אלטמאָדישער קליידער-שאפע, אָדער 
איבערגעבויגן איבער א באנקיבעטל, ווען אין שטוב איז קיין שאפע ניט 
געווען, האָט ער פון צװישן אנדערע שטוב-מאלבושים, פון וועלכע ס'האָט 
געשמעקט מיט שימל און מיט נילי, ארויסגענומען די יאָמטעװדיקע קא" 
פּאָטע, זיך איבערגעטאָן, און אינמיטן העלן טאָג אהין, אין מוישע מאש- 
בערס קאָנטאָר, זיך אװעקגעלאָזט. 

זי האָבן זיך אהין ארײַנגעשטעלט נישט צו דער צײַט, נישט קין 
געװוּנטשענע און האלב-פארשעמטע, און נישט האָבנדיק קיין ווערטער אין 
מויל, װי ביכלאל װען מע קומט פארן הויכן גראד מענטשן און גע- 
שעפטן, ווען דאָס אייגענע לאָשן קלעקט נישט -- האָט אזא ייד דעמלט, 
לאָמיר זאָגן, װאָס האָט געקליבן געלט פאר א טאָכטער, אָדער אזֹא, װאָס 
האָט געשפּאָרט געלט אף עפענען א קלייטל, -- גענומען אף א מין שטום- 
לאָשן צו בעבען: 

-- ער האָט געהערט... אין שטאָט עפּעס גייען אום קלאנגען... איז װאָלט 
עפשער מעגלעך געווען, מע זאָל אים איצט, טאקע איצט, טאקע הײַנט, 
הייסט עס, זײַן געלט ארויסגעבן? 

-- װאָס איז געשען? -- פלעגט מען אין קאָנטאָר דעמלט פרעגן. -- 
װאָס, דער זמאן פון זײַן וועקסל האָט זיך געענדיקט? 

-- ניין, דער זמאן נאָך ניט, -- האָט יענער געזאָגט, -- ווער רעדט דען 
פון זמאן? פונמײַנעטוועגן װאָלט עס געקענט ליגן עטלעכע זמאנים, נאָר 
אז די שטאָט רעדט, אז ס'גייען אום קלאנגען... 

-- װאָסערע קלאנגען? -- פלעגט מען שוין בא אזא א פרעג טאַן מיט 
בייזער. 

-- אז עפּעס פּריצים האָבן, זאָגט מען, געשאָסן.. 

-- איז װאָס, -- פלעגט מען זיך וויצלען, -- האָט עס אין אײַך גע- 
טראָפן? גייט געזונט! -- פלעגט מען אזוינע װײַטער זאָגן. -- אז דער 
זמאן װעט זיך ענדיקן און איר װעט װעלן אײַער געלט, וועצט מען עס אײַך 
אָפּגעבן בעקאָװעד גאָדל, אָבער פארן זמאן איז קיין געלט ניטאָ, פארן 
זמאן גיט מען ניט. גייט געזונט! 

אזוי פלעגן ענטפערן די אָנגעשטעלטע, די בוך-פירער, וועמען ס'איז 
איבערגעגעבן געווען מיט אזוינע לײַט האָבן צו טאָן, און יענע פלעגן 
אוועקגיין מיט דעם, מיט װאָס זיי זײַנען געקומען, אָבער שוין געטרייסטע 
אליין דערפון, װאָס זיי האָבן, צוליב באזוכן די קאַנטאָר די שאבעסדיקע 
קאפּאָטעס אָנגעטאָן און דערמיט אליין האָבן זיי זיך שוין געפילט, װי 
שטיקלעך שוטפים צו דער קאָנטאָר. 

אן אנדערער פון יענע לײַט, א מער דרייסטער און װוייניקער מוירע- 
האָבנדיקער, אזא, װאָס די װייניקער מוירע האָט זיך אים גענומען פון 
דעם צו גרויסן אומרו, װאָס האָט אים באהערשט, -- אזא איינער האָט פון 
לעכאטכילע אָן, גלײַך װי ער האָט זיך אין קאָנטאָר ארײַנגעשטעלט, די 
קלענערע אָנגעשטעלטע אויסגעמיטן, און אז מע האָט אים געפרעגט, ווע- 


01 


מען באדארף ער, האָט ער גלײַך געזאָגט און אָנגערופן די נעמען פון די 
באלעבאטים: 

-- צו רעב מוישע מאשבער אָדער צו זײַן איידעם, װאָס פארבײַט אים. 

-- און עפשער קאָנט איר דאָס אונדז זאָגן? -- האָבן אָנגעשטעלטע 
געפרעגט. -- די באלעבאטים זײַנען פארנומען. 

-- נישקאָשע, מיר קאָנען אויסווארטן. 

און אזוינע האָבן זיך טאקע אויסגעווארט, ביז זיי זײַנען אליין צו מוי- 
שען ארײַנגעלאָזט געװאָרן, וועלנדיק זיך איבערצײַגן, צי איז טאקע עמעס, 
װאָס מע זאָגט, זען, װי האלט ער זיך, װי זעט ער אויס און ויַאזוי טוט 
ער מיט באלכויוועס ריידן, װאָס דערפון װעט קלאָר װערן, אף וויפל אין 
עמעס דאָס, װאָס מע רעדט, אָדער אף וויפל איז די מײַסע אויסגעטראכט 
און שעקער. 

אף מוישע מאשבער האָבן אייניקע אזוינע באזוכן געמאכט זײער א 
שווערן אײַנדרוק. ער האָט נישט איין מאָל געװאָלט אָנשרײַען, זיי קימאט 
ארױיסטרײַבן, נאָר אזויווי די לאגע איז טאקע געווען א געענגטע, און אזוי- 
װי א שלעכטע מינע בענעגייע אזא סאָרט קרעדיטאָרן קאָן שלעכט אויס- 
געטײַטשט װוערן און זיך צעטראָגן צװישן אלע איבעריקע, האָט ער דערום 
אלץ געזען זיך אָפּצוהאלטן פון קאס און בייזער: אָבער ס'האָט אים היפּש 
געקאָסט: נאָכן ארויסגיין פון אזא איינעם און נאָך אזא שלימאזלדיקן בא- 
זוך האָט מוישע אין דער שטיל געזיפצט, איז געבליבן לאנג זיצן אין דעם 
שטול פארזונקען. ס'האָט אים אָפט אָטעם אויסגעפעלט, און ער האָט גע- 
זוכט דעם מאנטל אף אין גאס אוועקגיין. 

ערגער: סזײַנען געווען אזוינע, װאָס די קאָנטאָר איז זיי געווען װײיניק, 
און זיי האָבן זיך צו מוישע מאשבער אהיים אװעקגעלאָזט. דאָס זײַנען 
געווען אזעלכע, וועלכע האָבן זיך געהאלטן פאר שטיקלעך קרויווים, אָדער 
װאָס זײַנען מיט מוישע מאשבער געפאָרן צו איין רעבן, געדאוונט מיט 
אים אין איין קלויז, אאוו. זיי האָבן אָפּנעציפערט די צײַט, ווען ער איז אין 
דער היים ניט געווען, און האָבן זיך צו גיטעלען אָדער צו מוישעס טעכטער 
געווענדט. שוין גלײַך צום אָנהײב האַבן זי גענומען ריידן מיט זיי אזוי, 
גלײַך ס'האלט ערעוו א זיכערן אָנזעץ, און זיי קומען מיט ווייכע רייד פאר 
גיטעלעס און פאר אירע טעכטערס פײַנעם געוויסן זיך קלאָגן און אײַנ- 
טײַנען: 

-- וועמען, וועמען, אָבער זיי, די קרויווים?.. פון וועמען, פון וועמען, 
אָבער פון אזא, װי מוישע, האָבן זיי זיך אזוינס ניט געריכט... 

-- װאָס געריכט? װאָס אזא, װי מוישע? -- פלעגן גיטעלע און אירע 
טעכטער בא אזוינע לײַט זיך דערפרעגן, נישט פארשטייענדיק אפילע, אין 
װאָס דאָ גייט. 

-- אז מע האָט געשמועסט , אין גוטע הענט", ,א באָטועך? -- איז ווער 
איז דען א גרעסערער באָטועך, װי מוישע, -- האָבן יענע געענטפערט. 

-- איז װאָס ווילן זיי? -- האָט מען בא זי געפרעגט. 

-- זייער געלט ווילן זיי! 


197 202 


-- איז װאָס זײַנען זיי געקומען אהער? דערוף איז דאָ א קאָנטאָר. מע 
האָט בא זיי דאָ ניט גענומען, און דאָ ווייסט מען פון גאָרניט, דאָ מאכט 
מען קיין געשעפטן ניט. 

אזוי האָט מען זי געענטפערט. אָבער שטיל, ווען יענע לײַט זײַנען 
ארויס פון שטוב, װי מע האָט נאָר דערזען זייערע פּלײיצעס צו דער טיר 
אויסגעקערעוועט, אזוי האָט גיטעלע אלעמאָל דאָס צימער, װוּ זי האָט זי 
אופגענומען, פארלאָזט, איז אוועק צו זיך, און דאָרט אמאָל א טרער או 
אמאָל מער אָפּגעװישט. 


+ א = 


יאָ, די לאגע איז גאָר ניט געווען פויגלדיק, און דאָ ווילן מיר א סאָד 
דערציילן. ס'האָט געהאלטן דערבײַ, אז צו יענער צײַט האָט נאָכעם לענ- 
טשער, מוישע מאשבערס ייַנגערער איידעם, פארטראכט פון געשעפט זיך 
אָפּטײלן. 

ער האָט ביז אהער געארבעט צוזאמען, אף שוטפעס, דה. ער האָט פון 
דער אלגעמיינער קאסע ארויסגענומען, ערשטנס, דאָס, װאָס ער האָט בא- 
דארפט צו זײַן שטוב- און פאמיליע-אויסהאלט, און אויסער דעם, נאָך אף 
געוויסע פּראָצענטן רעוועך, דה., אז נאָך יעדן יאָריבאלאנס האָט ער גע- 
קאָנט זען: אוב דאָס יאָר איז געווען גוט, דאָס געשעפט געוואקסן, זײַנען 
געוואקסן אויך זײַנע פּראָצענטן, אויב ניט -- אויך זײַנע פּראָצענטן ניט, 
װאָס, אגעוו געזאָגט, האָט זיך עס די לעצטע יאָרן זעלטן-ווען געטראָפן, 
װײַל די גאנצע צײַט האָט דאָס געשעפט געהאלטן אין איין שטײַגן. 

איצט אָבער האָט נאָכעם געזאָגט: ניין, ס'איז צײַט אוועקגיין. מעגלעך, 
אז אויסער דער שלעכטער לאגע אין געשעפט, האָט דאָ אויך א ביסל זײַן 
כאראקטער צוגעשפּילט -- דאָס, װאָס פון דער ערשטער מינוט, זינט ער 
איז אין שטוב אָנגעקומען, איז ער געקומען מיט א מיטגעבראכטער יערו- 
שע פון עפּעס א געוויסן שטאָלץ, װאָס די גאנצע מישפּאָכע זײַנע האָט, 
װײַזט אויס, פון אײיביק אָן געטראָגן אין בלוט, האָבנדיק צו טאָן מיט פּאַ- 
ליאקן, האנדלענדיק מיט זיי און זיך פיל לערנענדיק פון זייערע מידעס. 

מע האָט דאָס גלײַך געקאָנט זען אפילע פון דער באָבע זײַנער, פון 
דער באָבע קריינצי, װאָס איז געקומען אף זײַן כאסענע סײַ אנדערש אָנ" 
געטאָן, װי אלע װײַבער אין איר עלטער, סײַ אין איר האלטן זיך און אין 
איר שיין ריידן, ווען זי האָט אלעמאָל א פּוליש װאָרט, א ווערטל ארײַנ- 
געשטעלט: סײַ אין אלץ -- אפילע אין צוקעריגעבעקס, װאָס זי האָט פון 
איר קאמענעץ מיטגעבראכט: -- עפּעס האלב-װײַסע, האלב-שווארצע 
טאָרטן, פּריצישע מאלכעס-ברויטן מיט געצוקערטע פרוכטן אא., סײַ אין 
איַר צוגיין פאר דער כופּע צו דער קאלע און איר אויספאריכטן א שטיקל 
צירונג נישט אפן ייַדישן, נאָר פּריצישן מאניר. 

;די באָבע-פּשעפּראשאם? -- איז איר נאָך דער כאסענע בא מוישע 
מאשבער אין שטוב א נאָמען פארבליבן. ס'האָט זיך געפילט טארומעס בע- 
נעגייע דער אלטער, װאָס זי האָט, גלײַך פון דער פור אראָפּקריכנדיק, גע- 


303 


װוּסט זיך צו שטעלן בענעגייע אירע מעכוטאָנים אזוי, גלײַך זיי דארפן 
זיך האלטן גליקלעך, װאָס זי האָט אף זייער ערד א פוס אראָפּגעלאָזט, און, 
שוין אָנהײבנדיק פון דער באָבע קריינצי, ביז נאָכעמס מאמע, איר טאָכטער 
שיינצי, ביז נאָכעמען אליין, װאָס ער איז אָן א טאטן געווען און איז גע- 
קומען נאָר מיט צוויי װײַבער צו דער כאסענע -- איז אלע זיי דארף מען 
די טריט קימאט אָפּבלאָזן. 

נאָכעם האָט זיך פון דער ערשטער מינוט געהאלטן אָפּגעזונדערט און 
אן אויסגעטיילטער אין שטוב סײַ מיטן עסן, װאָס ער האָט געגעסן װייניק, 
װײַל ער האָט שוין פון דער היים א פײַנעם מאָגודקאטאר מיטגעבראכט, 
סײַ מיט דער האלבאָשע, סײַ אפילע מיט די פּאפּיראָסן, װאָס ער האָט 
גערייכערט אנדערע וי אלע -- עפּעס מיָנים דאמען-פּאפּיראָסן, און נעכאמ- 
קע, זײַן װײַב, האָט זיי אים געמוזט אליין אָנשטאָפּן, און ער האָט זיי גע- 
רייכערט נאָר ביז האלב, און מיט דער אנדערער האלב פלעגט ער יעדעס 
מאָל צוגיין צום שפּײַיקעסטל, אף זי אָנשפּײַען און זיי פארלעשן. 

ער האָט זיך געהאלטן אויסגענומען. מע האָט פאר אים קיײנמאָל וי 
עפּעס ניט יויצע געווען -- פאר אלעמען, דאָס װײַב, וועלכע ער האָט אָפט 
געמאכט וויינען, און מע האָט געזען, אז פון אים, פון זײַנע אלקערדיקע 
קאפּריזן, װאָס זי, דאָס װײַב, טראָגט זיי קיינמאָל נישט ארויס פאר דער 
שטוב און פארבאהאלט זי אפילע פאר אירע עלטערן, -- אז פון זײַנע 
קאפּריזן װערן איר די באקן אלעמאָל בלאס און ,האלעװײַ, האָט מען גע- 
זאָגט, דער סאָף זאָל איר זײַן א גוטער, זי זאָל, כאָלילע, ניט ארײַן אין קיין 
שלאפקײַט?, װײַל אָפּט האָט מען געזען, פלעגט זי שוין אפילע אינמיטן זו- 
מער זיצן מיט א שאל אף די אקסל: עפּעס האָט זי געפרעסטלט. 

ער האָט װײיניק גערעדט און מער געבורטשעט. דעריקער איז ער פארן 
װײַב יעדעס מאָל ארויס מיט אן אנדער אומצופרידנקײַט. אמאָל אומצו- 
פרידן מיטן עסן, אמאָל מיט אן אנדער זאך, און הינטנארום האָט ער איר 
אויך אָפט וועגן זײַן באציונג מיטן שווער, מיט איר פאָטער, מוישע מאש- 
בער, פירגעהאלטן. אמאָל נישט צופרידן מיט דעם, װאָס, װי ס'האָט אים 
געדאכט, האָט אים יענער זײַנע פּײיַקײַטן ניט אזוי געשעצט, נישט גע- 
װוּסט, וועמען ער האָט בא זיך און וװיַאזוי ער דארף אים טײַער האלטן 
און אן אנדערשמאָל געבורטשעט, רעכענענדיק, אז מע באגייט אים אין גע- 
שעפט אן אוולע, אז די פּראָצענטן און שוטפעס זײַנען אים װייניק, װײַל 
אזא, װי ער, ווען ער איז מיט אן אנדערן שוטעף, װאָלט אים יענער, אזוי 
האָט ער געהאלטן, געוויס אָפּגעגילט. 

ער האָט דערום ביכלאל די גאנצע צײַט, זינט ער איז אָנגעקומען, גע- 
טראכט, אז דאָס בעסטע װאָלט געווען, ווען ער איז אליין, ווען ער מאכט 
אליין געשעפט -- דעמלט װאָלט ער זיך צעגאנגען און גאָר אנדערע מינע 
פליגל באקומען. נישט האָבנדיק אָבער ביז אהער קיין סיבע פאר אָפּטײלן 
זיך, מאכמעס די געשעפטן האָבן זיך די גאנצע צײַט געהאלטן אין אזא 
הויכן גראד, װאָס מע האָט באדארפט זײַן דול אוועקצוּווארפן א זאך א גע- 
זיכערטע און ערשט אָנהייבן גיין זוכן, אויסטראכטן און אויסגעפינען א 
נײַ געשעפט, װאָס, װי אין יעדער נײַעם, שטעקט דאָך א שטיק ריזיקע, -- 


19--9 204 


האָט ער דערום ביז אהער זיך אופגעהאלטן, פאר קיינעם זײַנע האָנאָרע- 
וואטע געדאנקען נישט ארויסגעזאָגט, נאָר, װי געזאָגט, פארן װײַב אמאָל, 
אי דאָס הינטנארום, אי דאָס אויך זייער זעלטן. 

איצט אָבער, ווען דאָס רעדל האָט זיך מיטאמאָל פארהאקט, איז נאָכעם 
ארויס מיט טײַנעס. ס'האָט אים אָנגעהויבן דאכטן, אז ס'איז נישט זײַן 
גוירל, נאָר זײַן שווערס: יענער איז שוין עלטער און, מעגלעך, זײַן יאריד 
שוין אָפּגעפאָרן, און ער, נאָכעם, נאָך יונג, און ער איז פון יענעמס שלעכטן 
שליטוועגס נישט מעכויעוו צו לײַדן. איצט, האָט ער געטראכט, איז די 
ריכטיקע צײַט, ווען ער דארף זיך װאָס גיכער ארויסכאפּן און פון דער 
הייסער סאקאָנע, קאָלזמאן ס'איז נאָך צײַט, מיט נישט קיין אָפּגעבריטן פוס 
ארויס. 

ער האָט, נאטירלעך, אויך איצט נישט פארן שווער און נישט פאר קיי- 
נעם אָפן דאָס נישט ארויסגעבראכט, װײַל אזוי גראָב איז ער דאָך נישט 
געווען, ער זאָל אין אזא צײַט גאָר קומען וועגן אזוינס צו ריידן. מ'װואָלט 
דאָך אים אָנגעקוקט, װי אן אױיסװוּרף. אזוי, אז פאר קיינעם טאקע נישט, 
נאָר פארן װײַב, פאר נעכאמקען, װאָס איז שוין די לעצטע צײַט, ביפראט 
איצט אום הארבסט, ביפראט נאָך די לעצטע צײַט, ווען דאָס הארץ האָט 
זיך איר שטארק געשראָקן פאר איר פאָטער און מוטער, צוזעענדיק, אז 
עפּעס אין איר פאָטערס גליק ברעכט זיך, -- איצט, ווען זי איז שוין גאָר 
אָפּט אין א ווארעמער שאל געזעסן און זיך אָפּט געקוטעט, איז נאָכעם, 
איינמאָל אן אפדערנאכט, מיט איר אליין אין זייער אלקער פארבלײַבנדיק, 
מיט זײַנע טײַנעס און פארבאהאלטענע מיינען ארויס. ער האָט געװוּסט, אז 
זי װעט קיינעם נישט זאָגן, קיינעם נישט דערציילן, אפילע ניט דער מו- 
טער. אין ערגסטן פאל װעט זי שטילערהייט, אין דער שאל זיצנדיק, לאָזן 
א טרער, אָבער דערפאר האָט ער זיך נישט אָפּגעשטעלט, און דאָס האָט 
אים, װײַזט אויס, װײיניק געקימערט. 

ער האָט געטײַנעט: 

-- יעדער דארף זען זײַן טאכלעס. טאטע-מאמע -- טאקע גוט און ווויל, 
אָבער זיי, נאָכעם און נעכאמקע, זײַנען שוין אויך טאטע-מאמע, האָבן 
שוין אויך קינדער און דארפן זיי באזאָרגן. בא איר טאטן האלט שלעכט. 
ס'זאָגט אים עס נאָך דערװײַל קיינער, מע שאנעוועט אים. פאר נאָכעמען 
אַבער שעמט מען זיך ניט, און מע דארף זען, מיט װאָס פארא בליקן ס'בא- 
געגענען אָדער ס'באגלייטן אים אמאָל א צאלי דערבארעמדיקער, בעשאס 
ער, איר טאטע, קומט צו גיין אין קאָנטאָר אַדער גייט אוועק פון דאָרט. 

-- זי דארף וויסן, אז יענע, אָט די שאָלעם שמאריאָנעס און די צאלי 
דערבארעמדיקערס אא. זייער-גלײַכן פּארשוינען ווייסן אמאָל בעסער די 
באלאנסן פון די, מיט וועלכע זיי מאכן געשעפטן, --א סאך מער װוי אליין 
די אייגנטימער פון די געשעפטן. ס'א קלאל: וויל מען וויסן, װי עמעצער פון 
די סאָכרים האלט, אזוי דארף מען א קוק טאָן אף א שמאריאַנען און א 
צאלין, זען, װיַאזוי זיי האלטן זיך מיט אים, מיטן סויכער, אין פּאָנעם און 
אונטער די אויגן. דאָס איז שוין די ריכטיקסטע און זיכערסטע מאָס. און 
פון איר, נעכאמקעס, טאטן האלטן זיי זיך שוין בא אָפּקערעװען. און אזוי 


09 


וי זי האָבן אים פריַער געדינט געטרײַ, װי די הינט, אזוי זעען זיי איצט 
נאָר זיײיערע נוצן; ערשטנס, זיי זאָלן אליין נישט געשעדיקט װערן, דה. 
אויב זיי שטעקן מיט אייגן געלט -- זען װאָס גיכער מיט דעם ארויס: און 
אויך אפילע די נארײַעטע געלטן, דה. אזא געלט, װאָס דורך זייער פאר- 
מיטלונג איז דאָס איר טאטן געליִען געװאָרן -- זען אויך יענע אנטלײַער 
ארויסראטעווען, זיי צו וויסן טאָן און זיי אייצענען, אז בא די ערשטע 
מעגלעכקײַטן, באם ערשטן אויסגעגאנגענעם וועקסל-טערמין זאָלן זיי זיך 
מיט זייערע געלטן ארויסרוקן. 

-- מיט איינעם װאָרט, זיי היטן איצט די נעשאָמע פון געשעפט. ס'איז 
רעכט הײַנט, ס'איז רעכט מאָרגן, אז אויב די לאגע װעט זיך נישט בע- 
סערן, זאָלן זיי שוין די ערשטע דעם שלעכטן שעם ארױסלאָזן, און דעמלט 
וועט אין א שיינעם טאָג די קאַנטאָר באפאלן ווערן פון די באלעכויוועס, וי 
פון בינען: מע װעט רײַסן פון די הענט, מע װעט רײַסן בא די פּאָלעס, 
מע װועט זידלען, שעלטן, װי ס'געשעט אין אזוינע פאלן. 

-- אזוי איז די לאגע. קלאָר, אז אין א שיינעם טאָג קאָן דאָ ליגן דער 
דאך אפן קאָפּ. קלאָר, אז דאָ קאָן זיך מיטאמאָל אזוי אלץ פארדרייען, אז 
מע זאָל ניט וויסן, װוּ מײַנס, װוּ דײַנס, און װער ס'וועט דאָ שטעקן אינ- 
מיטן, מוז ניזעק ווערן, 

-- איז װאָס װיל ער און אנטקעגן װאָס זאָגט ער דאָס! -- ער זאָגט 
עס אנטקעגן דעם, װאָס ער איז אינמיטן, אנטקעגן דעם--װאָס נישט 
מיר, נישט דיר און פאר קיינעמס זינד קאָן אויך ער דאָ ארײַנגעצױגן 
ווערן, און זײַן גאנצע ביז אהעריקע האָרעוואניע זאָל דאָ ביז א מינדסט 
פארלוירן גיין. 

נאָכעם, בעשאס ער האָט דאָס אלץ פארן װײַב אויסגעלייגט, איז אומ- 
געגאנגען אין אלקער הין און צוריק און פון וואנט צו וואנט געשפּאנט, 
דערבײַ האָט ער אָפט גערייכערט און אף די האלב נישט דערייכערטע פּא- 
פּיראָסן געשפּיגן און װײַטער פארייכערט. נעכאמקע דערבײַ איז קרענק- 
לעך אין שאל אײַנגעהילט געזעסן, זי האָט אים אָפט נאָכגעקוקט בייסן 
אומגיין, געשוויגן, און נאָר די באקן האָבן זיך איר געבלאסט. זי האָט 
געווארט, אָבער דאָס הארץ האָט איר שוין פאָרױסגעזאָגט, װוּהין ער, איר 
מאן, צילט, װײַל איידער ער האָט דאָס נאָך געזאָגט, איז דאָס אים שוין וי 
אף די ליפּן געווען צו זען: זיך אָפּטײלן, 

, אָפּטײלן!? זי, װי איר עלטערע שװועסטער, וי איר פאָטער און מו- 
טער, װי אלע ביז אהער אין שטוב, האָבן קינמאָל אזוינס גאָר אפן גע- 
דאנק ניט געקאָנט דערלאָזן. ערשטנס דערפאר, װײַל ביז אהער אין די 
נויט אין דעם ניט געװוען; צווייטנס -- איצט, ווען די נויט עפשער איאָ, איז 
וי קאָן דאָס געמאָלט זײַן; -- אין א שטוב, װוּ אלץ איז איינס, אלעמענס 
אייגנס -- איין קאסע, איין לופט, איין אָטעם, און װוּ ביז אהער איז קייג- 
מאָל ניט געווען אָפּצוטײלן איינעמס פונעם אנדערנס מיט גאָרניט, וי אין 
גרױיסיקײַטן, אזוי אין קלײניקײַטן, -- אין א שטוב, װוּ אלץ, אפילע די 
קינדער פון די פארשיידענע עלטערן, האָבן אויסגעזען, װי בעשוטפעס, -- 
וװווּ מײַנס און דײַנס איז קימאט קיינמאָל ניט געווען צו הערן, -- איז װי 


306 


נעמט מען עס פּלוצעם, ביפראט אין א צײַט, ווען דער פאָטער איז אזי 
געענגט, אזוינס גאָר אף דער מאכשאָװע? 

נאָכעם האָט זיך געדרייט, װי ער איז ניט קיין אייגענער אין שטוב, 
דה. װוי ניט קיין קינד, נאָר ניט מער װי אן איידעם, אָבער דאָך איז אים . 
די זאך פּריקרע געווען, ניט נאָר אפילע פאר זײַן שווער און שוויגער, נאָר 
אפילע פארן אייגענעם װײַב פּריקרע דאָס ארויסצוזאָגן. דאָך האָט ער דאָס 
געזאָגט, דאָס װאָרט זיך אָפּטײלן, 

לאנג האָט שוין דאָ נעכאמקע דעם געשפּרעך נישט געקאָנט אויסהערן. 
זי האָט זיך אופגעהויבן פון אָרט, װוּ זי איז ביז אהער געזעסן, און נאָכעם 
האָט געזען, אז זי וויינט. ער האָט זי געשאנעװועט און שוין אין יענעם 
אפדערנאכט וועגן יענעם איניען מער ניט פאָרגעזעצט. אָבער װאָס א טאָג 
האָט זיך אין אים אלץ מער דער געדאנק געשטארקט, װאָס א טאָג האָט ער 
אלץ מער רײַעס ארײַנבאקומען, אז אין געשעפט איז צאָרעס, און אז אין 
איינעם א טאָג קאָן זיך דאָ אלץ איבערקערן. ער אליין האָט אָבער קיין 
מוט ניט געהאט וועגן דעם מיטן שװער, מיט מוישע מאשבער, אין אן 
ערנסט געשפּרעך זיך ארײַנלאָזן, און ער האָט דערום איינמאָל אין א בריוו 
צו זיך אהיים וועגן דעם אָנגעשריבן. 

ער פלעגט אָפט שרײַבן. ער האָט די גאנצע צײַט מיט זײַן היים פאר- 
בינדונג געהאלטן, און אויך נאָך איצט, וי ייַנגלװײַז, געהאלטן די באָבע 
קריינצי און די מאמע שיינצי פאר כאכאָמעס, װאָס אין אן ענגער צײַט מעג 
ער זיך נאָך פילן װי א קינד און צו זיי זיך נאָך אן אייצע ווענדן. 

ער האָט געלאָזט פאלן אין בריוו, צווישן אנדערן, אזא פּאָר ווערטער, 
װאָס ער האָט געװוּסט, אז זיי װעלן אופרײַסן: מע װעט דאָרט פארשטיין, 
אז כאָטש נאָכעם שוין א גרויסער, שוין גענוג זעלבשטענדיק, דאָך שאדט 
ניט, באזונדערס אין שװוערע צײַטן, אים אמאָל א האנט דערלאנגען 
ביפראט ווען ער ווענדט זיך. 

,לאמי זקנתי ולאמי הורתי היקרות!, האָט ער געשריבן, תודה לאל?, מיר 
זײַנען אלע, באָרעךיהאשעם, בקו החיים?, נאָר נעכאמקע תחיה! פילט זיך 
פון צײַט צו צײַט נישט איבעריק, קוטעט זיך אין שאלן, װײַל ס'איז איר 
עפּעס באשטענדיק קאלט. זי זעט טאקע אויס ניט גוט אויך. די געשעפטן 
באם שװוער בזמן האחרון? -- נישט געהויבן. ער איז פארדרייט. דערצו 
נאָך האָט געטראָפן א מײַסע מיט פּריצים, װאָס ס'שמעקט מיט א שטיק 
בילבל. ער, דער שװוער, האָט צו דעם קיין שײַכעס, פילט זיך אין גאָרניט, 
נאָר מיט װאָס ס'קאָן זיך ענדיקן, ווייסט מען ניט. װאָס געהער אים אליין, 
זײַנע אייגענע געשעפטן, הייסט עס, איז ער דאָך אָפּהענגיק פונעם שווער, 
מיט איִם געבונדן, װײַל שוטפעס, און װאָס ס'טרעפט איינעם, מון דאָ 
טרעפן א צווייטן, און ס'איז געמאָלט, אז מע זאָל אמאָל לײַדן פון פרעמדע 
גױיראָלעס. מע זאָל אים דאָ ניט שלעכט פארשטיין: צום בילבל האָט ער, 
נאָכעם, קיין שום שײַכעס ניט, נאָר צו די שלעכטע געשעפטן -- יאָ. מ'קאָן 


צו מײַן טײַערער באָבע און מאמע: ? גאָט צו דאנק; * געזונט; + זאָל לעבן: 
* די לעצטע צײַט. 


07 


דאָ ניט וויסן מה ילד יום --װאָס דער מאָרגנדיקער טאָג װעט ברענ- 
גען. ער װאָלט זיך באדארפט מיט עמעצן אויסייצען, נאָר ער האָט ניט 
מיט וועמען. נעכאמקע איז ניט דער מענטש, און דער שער אליין איז 
א שטארקער נוגע בדבר!. ער, נאָכעם, װאָלט דאָ געװאָלט מאכן א טריט 
אָנעם שװער, ער װאָלט געװאָלט פונעם עסק ביש? א פוס ארויסשטעלן, 
נאָר װי מאכט מען דאָס? מע װאָלט דאָ עפשער באדארפט הילף פון א זײַ- 
טיקן. ודי לחכימא ברמיזא -- ס'איז גענוג א קלוגן א װוּנק", -- האָט 
דאָ נאָכעם דעם בריװו-ישרײַבן פארענדיקט מיט אזא שטיקל נוסעך, װי מע 
שרײַבט נאָר צו מאנצבלען-לאמדאָנים אין געוויסע איניאָנים, ווען מע וויל, 
אז יענע זאָלן זיך עפּעס אָנשטױסן. 

די פארשטעלטע װוּנקען האָבן די באָבע קריינצי און די מאמע שיינצי 
אינעם װײַטן קאמענעץ טאקע קלוג געמאכט און זיי געגעבן אָנצוהערן, אז 
בא נאָכעמען דאָרט, אין א, געשעט עפּעס אזוינס, װאָס ס'וואָלט א יוישער 
געווען זיך ארײַנמישן. 

ס'איז ניט אוועק קיין סאך צײַט, און אין איינעם א טאָג האָט זיך טאקע 
די באָבע קריינצי קיין א צוגעשטעלט. זי איז געפאָרן פריַער מיט א 
פור, דערנאָך מיט דער באן, און צום שטוב איז זי צוגעפאָרן מיט א שטאָ- 
טישן פורמאן מיט גלעקער, און פון אלע אירע נעסיעס האָט זי אין שטוב 
ארײַנגעבראכט שוין גאָר-גאָר א זקיינע, אָבער נאָך מיט א קלוגן קאָפּ און 
מיט אויגן, װאָס זעען נאָך, װאָס אין א טיף באהעלטעניש איז פארשטעקט. 

זי האָט זיך אין שטוב ארומגעקוקט, און נאָך א קורצער אונטערהאל- 
טונג מיט איר נאָכעמען אף א קליינער װײַלע, האָט זי שוין אלץ געװוּסט, 
װאָס דאָ טוט זיך, געװוּסט, װאָס דאָ קומט פאָר, און מיט איר קלוגן קאָפּ 
אויך פארשטאנען װאָס פירצונעמען. 

זי האָט דעם זעלבן אפדערנאכט צוערשט מיט נעכאמקען דעם נײיטיקן 
געשפּרעך געהאט, זי האָט געװאָלט, פאר אלעמען, צוגרייטן נעכאמקען און 
זי אף איר זײַט האָבן. זי איז צוגעגאנגען צום איניען זייער פאָרזיכטיק, 
זי האָט געװוּסט, אז יעדער קינד טוט דאָך וויי פארן טאטן, ווען סגעשעט 
אים שלעכטס, אפילע נאָר דורך פרעמדע, ביפראט דאָ -- זען דעם טאטן 
פון זײַן געדולע אראָפּנידערן און נאָך אליין זײַן דערצו א שטיק גוירעם: 
װאָס הייסט, נאָכעם און נעכאמקע זאָלן װועגן טאטן אזוינס גאָר קאָנען 
טראכטן? 

-- יאָ, טאקע גערעכט. פון דער אנדערער זײַט אָבער, -- האָט די באָבע 
קריינצי גענומען טײַנען, -- באנעמט ניט נעכאמקע, אין װאָס דאָ גייט. 
פארקערט, ס'גייט גאָר אין איר טאטנס טויווע. ער איז ניט דער ערשטער, 
אויך ניט דער לעצטער, אף דער װעלט געשעט אזוינס, און יעדעס מאָל 
דארף מען זיך זען באװאָרענען. ס'קאָן גאָר זײַן, אז מע דארף דאָ נאָר 
א שלעכט שטיקל צײַט איבערווארטן. און אויב אזוי, איז דאָך גלײַכער, 
אז אָנשטאָט דעם, װאָס ווען ס'ווערט ענג אין געשעפט, און באלעכויוועס 
טרעטן צו און ס'טרעפט אמאָל, אז ס'איז ניטאָ צו באצאָלן, -- איז אָנשטאָט 


1 פארינטערעסירטער:; :שלעכטן געשעפט. 


308 


דעם, אז אלע שוטפים זאָלן מיטאמאָל כאָרעוו װוערן-- טוט מען אמאָל 
אזוי,. אז מע לאָזט איינעם פריִער ארויס פונעם געשעפט, מע גיט אים 
איבער אלץ, װאָס ס'לאָזט זיך, מע שרײַבט אלץ איבער אף זײַן נאָמען 
און דערנאָך, אז די שלעכטע צײַט גייט איבער, אז מע צעצאָלט זיך, אָדער 
אז מע צעצאָלט זיך אפילע ניט, נאָר מע פארענדיקט מיט באלעכויוועס 
אף קליינע פּראָצענטן, קערט מען זיך צוריק אום צו יענעם, וועמען מע 
האָט אים אין דער ענגער צײַט פארטרויט, און מע קאָן זיך װײַטעראמאָל 
די הענט צעפירן, מע קאָן װײַטער אלץ צוריק אופשטעלן. 


-- מיט א פרעמדן שוטעף איז דאָס ניט אזוי גרינג דורכצופירן, װײַל 
מיט א פרעמדן דארף מען זיך שטארק באװאָרענען, אָבער מיט אן אייגן 
קינד, װי אין ד עם פאל, מיט איר, מיט נעכאמקען, און מיט נאָכעמען 
איז װאָס קאָן מען זיך דען װוינטשן בעסערס? 

-- זי מיינט, די באָבע קריינצי, אדעראבע: זי מיינט, אז אויב נעכאמקע 
איז טאקע בעעמעס געטרײַ איר טאטן, װאָלט זי גאָר אליין דאָס בא- 
דארפט וװועלן. װאָרעם לאָמיר רעדן, -- האָט זי געזאָגט, -- אין ערגסטן פאל: 
אויב אפילע דעם טאטן װעט זיך, כאָלילע, ניט אײַנגעבן דערנאָך זיך 
שטעלן אף די פיס, איז װאָלט דען בעסער געווען, אז צוזאמען מיט אים 
זאָלן אויך די קינדער גיין צו גרונט? ביפראט, אז ס'האלט גאָר ניט 
דערבײַ, די געשעפטן זײַנען נאָך גאָר ניט אזוי שלעכט, ס'איז נאָר דאָס 
יאָר א שלעכטס, און מע דארף זען זיך איבערדרייען, אויך ביז די מײַסע 
מיט די פּריצים װעט ווערן אויס. 

-- מע דארף ניט וויינען. אדעראבע: זי אליין, נעכאמקע, הייסט עס, 
דארף זען, אף װוי װײַט זי קאָן, נאָכעמען דאָ אונטערהאלטן, און אויב 
ס'וועט דערפון זײַן א רייד -- זאָל זי דעם טאטן פארגרינגערן דאָס הארץ 
און אים געבן צו פארשטיין, אז ס'איז ניט קיין גוואלד, אז אזוינע זאכן 
זײַנען שוין נישט איין מאָל געשען, און גאָרניט: סאָכרים בלײַבן סאָכרים, 
און מע דרייט זיך איבער. 

אזוי האָט די באָבע קריינצי געטײַנעט מיט איר אייניקל, דער שנור, 
און זי, נעכאמקע, װי א וייניקידערפארענע און װי אזא, װאָס האָט צו 
געשעפט קיינמאָל קיין שײַכעס נישט געהאט און האָט װײניק-װאָס אין 
דעם פארשטאנען, -- האָט זיך געלאָזט איבעריידן. כאָטש אפן הארצן איר 
שװוער, אָבער קיינע דערווידערונג און קיינע טײַנעס אף אָפּצוּװוענדן די 
באָבע קריינצי האָט זי ניט געהאט ארויסצושטעלן. 


די באָבע קריינצי האָט דערנאָך שוין מער נישט גערעדט דערפון, ניט 
מיט גיטעלען און אויך מיט איר עלטערער טאָכטער, מיט יודעסן, װי זי 
האָט עפשער פריַער יאָ בעדייע געהאט, נאָר זי האָט זיך גלײַך צו מוישען, 
צו איר נאָכעמס שוער, געווענדט: 

-- מעכוטן, -- האָט זי אים אין אן אפדערנאכט שפּעטער נאָך איר קו- 
מען א זאָג געטאָן, איִם אָפּרופנדיק אין א ווינקל, -- מעכוטן, כ'האָב אײַך 
עפּעס צו זאָגן. כ'האָב געװאָלט מיט אײַך עפּעס איבעריידן, נאָר אף פיר 
אויגן. 


09 


דער געשפּרעך איז דאָס מאָל פאָרגעקומען אין זאל, װוּ יעדעס מאָל 
נעמט מען אוף א גאסט א כאָשעוו און װוּ ביידע מיטשפּרעכער, מוישע 
און די באָבע קריינצי, האָבן, װי נאָר זיי זײַנען אהין ארײַנגעקומען 
צוויי פאָטעלן פארנומען, איינס אנטקעגן אנדערן. 

די באָבע קריינצי האָט דאָס מאָל, צום געשפּרעך צוטרעטנדיק, זיך 
פיל מער געמוזט באװאָפענען, װי צום געשפּרעך מיט נעכאמקען, װײַל 
דאָ האָט זי דאָך געהאט פאר זיך דעם, װאָס איז אי דער אייגנטימער, 
אי דער מערסט-באהאוונטער אין דעם איניען, און אויך דער מער לײַדנ- 
דיקער. זי האָט זיך דערום טאקע דאָ היפּש געגרייט און היפּשע מינוטן 
מוישען מיט זײַטיקע שמועסן פארנומען, קעדיי נישט ארויספאָרן מיטא- 
מאָל מיט אזוינס, װאָס קאָן פּלעטן. 

-- מעכוטן, -- האָט זי אָבער לעסאָף געזאָגט, צוטרעטנדיק צום אייגנט- 
לעכן איניען, -- אוואדע פרעגט איר בא מיר קיין אייצעס ניט, אוואדע 
דארפט איר ניט פרעגן; איר האָט, באָרעכהאשעם, אײַער אייגענעם קאָפּ 
אף די פּלײיצעס; נאָר פאָרט, װי אן אייגענע, װאָלט איך אײַך געװאָלט 
עפּעס זאָגן, און אייגנטלעך, צוליב דעם בין איך איצט אראָפּגעקומען 
די נעסיִע איז געווען א שווערע, און ס'זײַנען שוין אויך נישט די יאָרן.. 
נאָר פון נאָכעמס א בריוו האָבן מיר, איך מיט מײַן טאָכטער, מיט אײַער 
מעכוטענעסטע, פארשטאנען, אז עפּעס דערזאָגט ער ניט. האָבן מיר 
באשלאָסן אראָפּפאָרן און א קוק טאָן. אגעוו, האָבן מיר זיך שוין טאקע 
געװאָלט זען מיט נעכאמקען און מיט די אייניקלעך אויך, און דאָ האָב 
איך זיך דערװוּסט... ס'איז מיר שװוער אײַך פירצוהאלטן, נאָר איך האלט, 
אז איר, מעכוטן, --א מענטש מיט אוויפיל פארשטאנד, און, וי מע 
זאָגט, דארף זיך די װעלט בא אײַך לערנען --אז איר דארפט דאָ אן 
ערנסטן טראכט טאָן, -- ערשטנס, מיקויעך זיך אליין, און צווייטנס, וועגן 
די קינדער. 

-- ס'איז קלאָר, מעכוטן, קיין איבעריקע גוטע-פרײַנט זײַנען בא קיי- 
נעם ניטאָ, ביפראט בא גרויסע סאָכרים אשירים, װוי איר, מעכוטן, זאָלט 
לעבן. מע פארגינט ניט און מע וויל אײַנשלינגען. ס'איז רעכט, אז אײַער 
איצטיק פארדרייעניש איז אינדערעמעסן גאָר ניט אזוי געפערלעך, וי 
געפערלעך ס'קאָן װערן, װען שלעכטע מענטשן װעלן דאָס נאָר װעלף 
בא אונדז, סאָכרים, איז דאָך דעריקער דער נאָמען: נישט דער נאָמען 
איז אויס: אויס מענטש, אויס קרעדיט, אויס אלץ. און אין איינעם א 
טאָג קאָן מיט יעדערן פון אונדז געשען דאָס, װאָס איר וייסט אליין; 
באלעכויוועס לויפן זיך אָן, די אייגענע כויוועס װערן פארפאלן, מע 
ווערט דערװאָרגן און מע קאָן פון פארשלייפטן שטריק נישט ארויס. 
מע דארף דערום עפּעס טאָן באצײַטנס. איר האָט, באָרעכהאשעם, גע- 
טרײַע קינדער, און מיט זייער הילף לאָזט זיך דאָ פיל אופּטאָן. וויאזוי? -- 
פארשפּאָר איך אײַך זאָגן. קלאָר, אזן אלץ פון פארמעגן, װאָס באלע- 
כויוועס קאָנען זיך דערוף ארופווארפן, דארף באצײַטנס איבערגעגעבן 
ווערן אין אזוינע הענט, װוּהין קיין פרעמדע זאָלן ניט דערלאנגען; אלץ, 
װאָס לאָזט זיך, דארף אריבערגעפירט װערן אף געטרײַע קינדערס נע- 


30 


מען, -- קלוימערשט, איר טרעט זי אָפּ, טרעט זיי איבער. זיי הייבן אָן 
ארבעטן באזונדער, און איר אליין דערװײַטערט זיך אף דערװײַל. דאָס 
געשעפט מיטן נאפט, לעמאָשל, גיט איר איבער אײַער עלטערן איידעם, 
יאנקעלע גראָדשטײן, די האנדלס-שײַן װערט גענומען אף זײַן נאָמען; 
די קאָנטאָר --נאָכעמען, די דירע קאָן איבערגעשריבן װערן אף אײַער 
װײַבס נאָמען, אף דער מעכוטענעסטעס, הייסט עס, און צירונג און געלט- 
מעזומען אין אנדערע זיכערע הענט ארײַנגעלײיגט װערן אף ביז א צײַט. 

-- פארשטייט זיך, אז דאָס אלץ איז אף דעם פאל, ווען ס'האלט שוין 
טאקע בא דער נויט, װוען מע דארף זיך שוין טאקע, כאָלילע, , שטעלן? 

-- ס'איז אוואדע דאָס שװוער צו הערן. ער וייסט דען ניט, אז א 
מענטש, ביפראט אזא, װי אײַך, מעכוטן, איז דער נאָמען טײַערער, וי 
אלץ, אז אפילע איין מאָל נאָר צו דערהערן דאָס שלעכטע װאָרט וועגן 
זיך, איז זאָל מען טאקע באהיט װערן; אָבער פון אייגענער פּראקטיקע 
קאָן איך אײַך זאָגן (און פּראקטיקע, װי באװוּסט, מעג מען זיך לערנען 
אפילע בא א ייַדענע), אז מע האָט דאָס געזען שוין אמאָל, ניט הײַנט 
געדאכט, אויך בא זיך, באם אייגענעם מאן, אויך בא אנדערע. אָבער 
דעריקער, אזויווי דער מיין איז געווען ניט, כאָלילע, יענעם צו באראבע- 
ווען, נאָר אין אן ענגער צײַט אפן וואסער זיך איבערהאלטן, איז גאָרנישט: 
איז געשען, װאָס געשען, אָבער ס'איז איבערגעגאנגען, די װעלט אי 
כאָלילע, ניט כאָרעוו געװאָרן, און מיר זײַנען געבליבן מיר, און דער 
אייבערשטער אליין איז אויך געוויס אזוינע זאכן מויכל. 

-- איך זע, מעכוטן, איר קוקט מיך אָן, איר פארשטייט ניט, וי איך 
האָב אזוינס גאָר געקאָנט ברענגען פארן מויל, און ביכלאל, װאָס איך 
נעם זיך די רעכט צו זאָגן מײַן װאָרט אין אזוינע איניאָנים, אין וועלכע 
איר װאָלט ניט דערלאָזט, אפילע אײַער אייגן װײַב זאָל זיך מישן. איך 
זע, איר װוילט מיך פרעגן: װער האָט געשיקט נאָך מיר, און װער האָט 
מיר ביכלאל דערלויבט אײַך צו געבן אייצעס, ביפראט אזא, װאָס אפילע 
אײַער ערגסטער סוינע װאָלט, וי אײַך דוכט, אײַך זי ניט געגעבן. 

-- ס'אוואדע ניט אָנגענעם --ניט נאָר פאר דעם, װאָס דארף עס הערן, 
נאָר אפילע דעם, װאָס דארף דאָס זאָגן, ביפראט אן אייגענעם. אָבער 
צוריק גערעדט, טא קע װײַל אן אייגענער, טא קע װײַל געטרײַ, מוז 
מען דאָס אמאָל טאָן און נעמען אף זיך, עלעהיי אײַנגעבן א ביטערן 
רעצעפּט א כוילע. און מיר מיט אײַך, מעכוטן, זײַנען דאָך עפּעס אייגענע. 
פארגעסט ניט, מעכוטן, אז מיר מיינען דאָ נישט מער, וי נאָר אײַערע 
און אונדזערע קינדערס טויווע. אזוי,. אז שלעכטס אף די סאָנים, און 
מיך קאָנט איר דאָ אין גאָרנישט ניט כוישעד זײַן, אויסער נאָר אין דעם, 
װאָס איך ווייס, אז אין אזוינע פאלן איז דער אייגנטימער אליין קימאט 
קיין צאד ניט: ער איז בלינד, ער מיינט יעדעס מאָל נאָר צו ראטעווען 
זײַן קאָװעד, זײַן נאָמען, זײַן האָנאָר, און זײַנע אייגענע זײַנען דעמלט 
מעכוּיעוו אים ארופירן אפן ריכטיקן וועג און אים דערװײַזן, אז אף 
קאָװעד דארף מען אמאָל מויכל זײַן, דעם האָנאָר פארבייגן און טראכטן 
וועגן איקער, און אז דער איקער איז דאָ, איז שוין אלץ דאָ, איז אלעס 


211 


איבעריקע קומט שוין מעמיילע --אי דער קאָװעד, אי דער נאָמען, אי 
דער האָנאָר, אלץ װערט דערנאָך צוריק אופגעשטעלט און קיינער גע- 
דענקט ניט דעם נעכטיקן אומקאָװעד, װי מע געדענקט ניט דעם נעכטיקן 
טאָג. אזוי, אז, מעכוטן, הערט מיך און פאָלגט אן עלטערע, װײַל כ'מיין 
דאָ, כאָלילע, ניט קיין בייז, נאָר אונדזער אלעמענס און אונדזערע קינ- 
דערס מאָרגעדיקן גוטן טאָג. 

מוישע מאשבער האָט, אויסהערנדיק די לאנגע רעדע פון דער באָבע 
קריינצי, געשוויגן. ער האָט פון צײַט צו צײַט אף איר עפּעס װי יאַ 
געקוקט און נישט געקוקט. מע האָט בעשום-אויפן ניט געקאָנט ארויסזען, 
װאָס פאר אן ענטפער אזא-אָ רעדע װעט בא אים ארויסרופן, װײַל גע- 
טראָפן האָט זי אים שווער, און דער ענטפער האָט דאָ געקאָנט זײַן פאר- 
שיידן: אָדער מיט אופגעהאלטענעם קאס, געדענקענדיק, װוער ס'זיצט פאר 
אים, זי נאָר א קאלטן פרעג טאָן: , טאקע בעעמעס, װער האָט זי געבעטן 
און װער האָט געשיקט נאָך איר?!? אָדער ערגער: ער האָט זיך געקאַנט 
אַנצינדן און אזוי אופגעקאָכט װערן, אזוי װי בענעגייע סרולין, לעמאַשל, 
אמאָל, ווען יענער האָט אים שטארק אָנגעטראָטן און אים פון די קיילים 
ארויסגעבראכט; ער זאָל אין ווילדן צאָרן ארײַנקומען און שוין ניט וויסן, 
װוּ ער האלט און װאָס ער רעדט, אויך איצט, װי דעמלט, און אויסער 
זיך און אויסער קימאט באװוּסטזײַן, אױיסשרײַען: ,ארויס פון מײַן שטוב!?. 
אלץ איז דאָ געווען מעגלעך: א מענטש איז דאָך מער ניט, װי א מענטש, 
ביפראט אז מע קומט באהאנדלען זײַן גוירל, נישט אָנפרעגנדיק זיך בא 
אים, װי בא א כוילע מעסוקן, וועלכן ס'איז שוין אלציינס, אפילע זײַן 
אייגענע סאקאָנע. אזוי, אז ס'האָט געקאָנט זײַן אי אזא, אי אזא ענטפער. 
מוישע האָט אָבער גאָרנישט ניט געענטפערט. ער האָט נאָר אויסגעזען 
װי א מענטש, װאָס ס'האָט אים עפּעס מיטאמאָל געטראָפן א שווערע זאך 
אין קאָפּ, װוען דער דערשרעק און די געפּלעפטקײַט איז אזוי גרויס, אז 
דער גרעסטער געשריי אין האלדז איז צו קליין דאָס אױיסצושרײַען און 
דעם ווייטעק ארויסברענגען. ער האָט, שװײַגנדיק, װי קימאט די באָבע 
קריינצי נישט באמערקט, און דערום װי נישט מעכוּיעוו געווען פאר איר 
יויצע צו זײַן און איר װאָסיניט-איז אָפּצוענטפערן, און אויב ער האָט עפּעס 
יאַ געזאָגט, איז דאָס געווען װי נאָר צו זיך אליין, אי דאָס אויך, דאכט 
זיך, האָבן די אויערן נישט געהערט, װאָס זײַנע ליפּן האָבן געשעפּטשעט: 

-- אך, אזוי, -- האָט ער שטיל צו זיך אליין געזאָגט, --איז, הייסט 
עס, האלט עס שוין בא אייצעס, און קיין נעענטערע זײַנען שוין נישט 
געווען, און מע האָט שוין געמוזט אױיסשרײַבן פון דער פרעמד, װי א 
שטאָטישן דאָקטער צו א כוילע אן ארענדאר.. אזוי, איז איידער, הייסט 
עס, נאָך פרעמדע האָבן זיך דערצו דערטראכט, זײַנען שוין אייגענע 
קינדער אפן געדאנק געפאלן. נא!.. -- האָט מוישע דאָ עפּעס א מין האלב- 
געדעמפּטן זאָג געטאָן, זיך פון פאָטעל אופגעהויבן און וידער, נישט 
באמערקנדיק די באָבע קריינצי, נישט געפונען פאר נייטיק ארױיסצוּװײַזן 
אפילע קיין מינדסטע ביסל אָנשטענדיקײַט און דערעכערעץ בענעגייע איר 
כאָטש אפילע איין װאָרט איר צו זאָגן, און אפילע ניט קיין גוטעינאכט 


212 


צום געזעגענען. ניין, ער האָט זיך אופגעהויבן און מיט די אויבן געזאָגטע 
פּאָר ווערטער פאר זיך, װוי אויך שוין פאר איר יויצע געווען און -- ענדע. 

געוויס טוט מען ניט אזוי, געװויס איז פון אזא מענטש, וי מוישע, 
אזוינס ניט געווען צו ווארטן. פון דער אנדערער זײַט אָבער, זאָל זיך 
אן אנדערער אין זײַן לאגע שטעלן און, זאָל ער, מעגלעך, פּרוּװון האנד- 
לען אנדערש. 

אקיצער, אָט אן ערעך מיט דעם איז מוישע מאשבער דעמלט פון זאל 
ארויס. מעגלעך עפשער ניט אקוראט אזי, אָבער מיר זאָגן דאָך ,אן 
ערעך", װײַל ווען אפילע אויך א ביסל אנדערש, איז דאָס שוין אויך 
נישט איבעריק וויכטיק, אבי די באָבע קריינצי איז געבליבן פארשעמט, 
דה. בא גאַרנישט, און אבי נאָר מיט דעם האָט זיך איר שליכעס געענדיקט,. 
דה. װײַטער מיט גאָרנישט. 

זי האָט זיך שוין לאנג נאָכן געשפּרעך אין נישט פארהאלטן. זי 
האָט אהיים געײַלט. פארן פאָרן נאָר האָט זי נאָכעמען אין א זײַט אָפּגע- 
רופן און געזאָגט: 

-- איך, קינד, האָב געטאָן, װאָס געקאָנט, װאָס עלטערן טוען אין 
אזוינע פאלן: בין געקומען, האָב גערעדט, געזאָגט, װאָס געזאָגט, ניט 
געפּועלט. מיר האָט ער ניט געענטפערט, אָבער ס'מאכט נישט אויס: אין 
טיר איז שוין אָנגעקלאפּט, און אין דער ריכטיקער צײַט װעט ער זיך 
אַפּרופן. ער איז איצט דערשלאָגן, מער קאָן ער נישט. און מיטן איבעריקן 
פארלאָז איך זיך שוין אף דיר, אז אין נייטיקן מאָמענט װעסטו אונטער- 
קומען מיטן נייטיקן. 

מוישע מאשבער אין פון יענעם געשפּרעך האלב מענטש ארומגעגאנ- 
גען. ער איז געווען צעשטרייט, ער האָט אָפט ניט געהערט, װאָס מע רעדט 
צו אים, און מע האָט אים געמוזט איינע און די זעלבע פראגע פיל מאָל 
איבערכאזערן, ביז ער האָט פארשטאנען, װאָס מע וויל. איינס נאָר האָט 
ער יאָ געװוּסט --אין זײַן שטילער פארטראָגנקײַט זיך צו האלטן װאָס 
װײַטער פון נאָכעמען, מיט אים אין קיינע געשפּרעכן זיך ניט ארײַנלאָזן, 
און אָפט האָט ער געכאפּט אף אים א קוק הינטנארום, װי אף איינעם, 
װאָס איז אים באגאנגען גאָר ניט קיין שיינע זאך, וי אף אזא, װאָס האָט 
אים עפּעס אמאָל אינמיטן באנאכט געװאָרגן.. 


ג. א 


יאָ, ס'האָט שוין געהאלטן בא דער באָבע קריינצי. ערגער: --און דאַ 
זאָגן מיר אויס א צווייטן סאָד ---מוישע מאשבער האָט נאָכן געשפּרעך 
מיט דער באָבע קריינצי, אין איינעם א פארנאכט אמאָל, געהיים, אז קיי- 
נער, ניט פון די קאָנטאָר-לײַט און אפילע אויך ניט פון די שטוב-מענטשן, 
זאָלן באמערקן, געלאָזט רופן צו זיך זײַן פארטרויונגס-מאן, זײַן ווינקל- 
אדװואָקאט, איציקל זילבורג. 

אן אנדערשמאָל, אין אלע אנדערע פאלן, פלעגט מוישע צו איציקלען 
אהיים גיין, װײַל צו זיך אים רופן פלעגט קיינער ניט גערן נאָר דאָס 


213 


מאָל איז מוישע פון אלגעמיין-אָנגענומענעם געדער ארויס און האָט אים 
פארבעטן צו זיך. מע האָט איציקל זילבורגן, װי געזאָגט, ניט גאָר גערן 
געהאט, מאכמעס ס'איז געווען פון יענע לײַט, װאָס אז מע נײיטיקט זיך 
ניט אין זיי, האלט מען זיך פון זיי װאָס װײַטער און מע רוקט זיך ניט 
צו זיי אין איבעריקער קרויוועשאפט. 

ס'א באזונדער קאפּיטל, דאָס מין איציקל, װאָס ווען מיר װאָלטן 
אויספירלעך וועגן אים דערציילט, װאָלט עס אונדז צו װײַט פארפירט. 
נאָר צוליבן פאָרלויפיקן איניען װעלן מיר נאָר מיט א פּאָר ווערטער 
וועגן אים אָט װאָס זאָגן: 

א מענטש מיט א גוטן קאָפּ און גוטע פּײיַקײַטן. נישט שטודירט אין 
הויכשולן און אוניווערסיטעטן, קיין יורידישן פאקולטעט ניט געענדיקט, 
און דאָך האָט ער דעם קאָדעקס פון ציווילן און קרימינעלן רעכט גע- 
װוּסט, װי קיינער, און גרויסע פּראָפּעסיאָנעלע וייסערס אפילע האָבן 
געמעגט קומען צו אים זיך לערנען. 

מע האָט עס געװוּסט, און מארק-מענטשן האָבן אים אויסגענוצט. בי- 
פראט, אז קיין איבעריקער בארײַסער איז ער ניט געװען, און געלאָזט 
באצאָלן האָט ער זיך נישט לויט דער װיכטיקײַט און שװעריקײַט פונעם 
איניען, מיט וועלכן מע איז צו אים געקומען, נאָר לויט דעם שטאנד און 
פארמעגלעכקײַט פונעם אייגנטימער פונעם איניען. 

א מאָדנער פּארשוין: אן אנדערער אף זײַן אָרט װאָלט, זיכער, רײַך 
געװאָרן, ער -- ניט. ער האָט זיך געהאט זײַנע קאפּריזן. ער פלעגט אמאָל 
אָנבאָטן א רײַכן מענטשן אזא פּרײַז, װאָס מע האָט געשטוינט, קוקנדיק 
אף אים. נאָר אוב ניט, --האָט ער געזאָגט, --ס'לוינט ניט, איז געזונ- 
טערהייט, קאָן מען זיך גיין צו אן אנדערן. מע איז אָבער געװען פאר- 
גלייבט אין אים, און אלע שווערסטע איניאָנים און אלע פארדרייטסטע 
אסאָקים און לאָדענישן, מאכמעס שלעכט-געשריבענע קאָנטראקטן באם 
שליסן די אסאָקים, האָט איציקל זיך אונטערגענומען אופפּלאָנטערן, און 
אין פיל פאלן, ווען מע האָט שוין געהאלטן די לאָדעניש פאר פארשפּילט, 
איז, אדאנק זײַנע פײיַקײַטן, ארויסגעקומען גאָר דער אומגעריכטער היי- 
פּעך: מע האָט די לאָדעניש געװוּנען. 

דאָס אלץ װאָלט זייער גוט געווען, איז אָבער איציקל דערצו געוען 
א קראנקער אף איינער א זאך--אף קאָרטן. ער האָט געשפּילט לײַדנ- 
שאפטלעך, ביז פארשפּילן זײַנע אייגענע גאָר היפּשע פארדינסטן, ביז 
פארשפּילן א גאנץ שטיק מאיאָנטעק פון זײַן אייגענעם טאטן--א שטילן 
ייַדן, בא וועלכן ער איז געווען א בעניאָכיד, און ער האָט אים, דעם טאטן. 
געלאָזט קימאט אין די הײַזער. ער האָט פארשפּילט אויך דאָס, װאָס ס'האָט 
זיך געלאָזט, בא זײַן פארמעגלעכן שווער -- פריִער געליִען, דערנאָך גע- 
נומען, דערנאָך אויסגעװיינט באם װײַב, װאָס יעדעס מאָל האָט ער איר 
אײַנגערעדט, אז שוין, אז ס'איז ס'לעצטע מאָל, און אז מער ניט, און אז 
ער דארף נאָר אומקערן זײַנע קאָרטן-לײַט דאָס געלט, װאָס ער האָט באם 
לעצטן מאָל בא זיי פארשפּילט. מיט איין װאָרט, איציקל האָט פארשפּילט 
פארמעגנס. איז דאָס אים געווען װײיניק--- ער אליין. האָט ער נאָך ארײַג- 


314 


געשלעפּט און אראָפּגעפירט פון וועג פיל יונגעלײַט פון גאָר פײַנע און 
רײַכע הײַזער, װאָס אויך זיי זײַנען, סאָפּקאָלסאָף, אליין רויַנירט געװאָרן 
און אויך רויַנירט גאנצע פאמיליעס. 

ער האָט געענדיקט ביטער --אף א צוקער-שטריקל, אי דאָס נאָך זייער 
אין א מיִעס אָרט, אין אן אָפּטרעט ערגעץ, זיך אופגעהאנגען. דערװײַל 
אַבער האָבן סאָכרים אים גענוצט, דערװײַל האָט ער גרויס װאָג און אָנ- 
זען געהאט, װײַל אויסער זײַנע, װי געזאָגט, פײיַקײַטן, האָט ער געהאט 
נאָך איינע א מײַלע, װאָס איזן זעלטן, אין פלוג, בא אזוינע לײַט, בא 
קאָרטן-מענטשן, דאָס צו געפינען. נעמלעך: אָרנטלעכקײַט, װאָר װאָרט, 
און דעריקערשט --א גרויסער באל-סאָד. מע האָט זיך אף אים געמעגט 
פארלאָזן װי אף א פעסטונג. װער ס'האָט אים פארטרויט, איז װי א מעס 
אין קייווער -- שא, און פון ז ײַן מויל איז צו יענעמס ראַע קיינמאָל פאר 
קיינעם קיין װאָרט ניט ארויסגעקומען. נישט וי אנדערע פון זײַן פאך, 
ווען צוויי צדאָדים, לעמאָשל, פארטרויען אים איין איניען, שפּילט ער 
אף אים אויס, לאָזט זיך אױיסקלײַבן דעם גרינגערן, אף וועמען מע װועט 
לײַכטער און זיכערער קאָנען געווינען, און טוט נאָך דערבײַ אויסנוצן דאָס, 
װאָס ער האָט זיך פון צווייטן, פון שוואכערן צאד, דערװוּסט. ער -- ניט. 
ווער ס'איז געקומען דער ערשטער, װער ס'האָט אים דער ערשטער זײַן 
צאד פארטרויט, איז אז דער צווייטער איז געקומען און נאָרװאָס אָנגע- 
הויבן צו ריידן פון יענעם איניען און אים בעטן זײַנע אינטערעסן צו פאר- 
טרעטן, האָט ער זיך גלײַך אָפּגעזאָגט, געזאָגט: ניין, ער איז פארנומען, 
ער פארטרעט שוין די אינטערעסן פון צווייטן צאד, 

אָט דער איציקל זילבורג איז דאָס מאָל צו מוישע מאשבער אײַנגעלאדן 
געװאָרן, קעדיי מיט מוישע מאשבער הינטער א פארמאכטער טיר אין זײַן 
אלקער בלײַבן און מיט אים זיך באראטן. 

מוישע מאשבער האָט אים דערציילט, אז כמארעס גייען אים אום אין 
קאָפּ: ער איז שטארק פארדרייט. עמעס, די לאגע איז אין טאָך נאָך ניט 
אזוי געפערלעך, דער באלאנס איז, װי אלעמאָל, א גוטער, נאָר קאסע-מע- 
זומען -- שוואך. ער שטעקט בא פרעמדע מיט גרויסע כויוועס, אָבער די 
צײַט איז אזא, אז אלע די, װאָס זײַנען אים שולדיק און װאָס ס'קומט אים 
בא זיי, װעלן זיכער דאָס מאָל ניט צאָלן צו דער צײַט. פארקערט, דאָס, 
װאָס ער איז שולדיק, װאָס ס'קומט פון אים, װעט ער מוון צאָלן 
װײַל אנדערש, איז, װי ער, איציקל, ווייסט, פאר אזא, װי ער, מוישע, 
א כאלעף. 

-- אזא, װי ער, מוז צאָלן, נישט -- איז באנקראָט, דער קרעדיט אוני 
טערגעריסן, שוין קיינמאָל ניט אופצושטעלן. און צאָלן װעט ער ניט קאָנען 
ער זעט עס פאָרויס -- איבער פארשיידענע טײַמים און אומשטענדן, וועל- 
כע ער, איציקל, ווייסט א ביסל יאָ און וועלכע ער ווייסט ניט. עמעס, דער- 
װײַל האלט עס נאָך ניט, כאָלילע, דערבײַ, אָבער ס'קאָן האלטן, ס'קאַן גע- 
שען פון טאָג אף טאָג, פון שאָ אף שאָ, און קומען מאָנען וועלן דעמלט ניט 
נאָר די, װאָס זייערע וועקסל-זמאנים זײַנען שוין אויסגעגאנגען, נאָר אויך 
אפילע די, װאָס נאָך ניט, װי ס'פירט זיך. סאָכרים טראכטן אין אזוינע 


15 


פאלן אן אייצע. ער -- אויך. מע קען אים, מע וייסט, אז ער, מוישע, 
מיינט דאָ ניט, כאָלילע, װי אנדערע -- יענעמס, דה. פון א מין סאָכרישער 
סרייפע רײַך װוערן. באהיט גאָט! ער מיינט דאָ נאָר דאָס שלעכטע שטיקל 
צײַט איבערווארטן, זיך, װי פאר א געוויסער, באװאָרענען, און דערנאָך, אז 
ס'וועט אריבער, זאָל ער ווידער א פרײַ פּאָנעם האָבן און ווידער אין זײַנע 
אַרנטלעכע, אײַנגעשטילטע ברעגעס ארײַנקומען. עמעס, ס'קאָן נאָך זײַן 
אז סזאָל נאָך דאָ גאָרנישט ניט געשען, אז מע זאַל נאָך דאָ גאָרנישט 
דארפן פירנעמען, און דעמלט, נאטירלעך, פארלאָזט ער זיך אף אים, אף 
איציקלען, אז פון זײַן מויל וועט קיינער פון זייער איצטיקן געשפּרעך זיך 
גאָרנישט ניט דערוויסן, נאָר אלנפאלס, אפן הונדערטסטן פאל, האָט ער 
אים, איציקלען, איצט גערופן און וויל זיך מיט אים אויסייצען: 

-- װוי מיינט ער, צי איז א געדאנק, צי ס'איז גלײַך און ס'לאָזט זיך, 
ער זאָל, לעפּאָנעם, די קינדער זײַנע פון שוטפעס ארױסלאָזן, לאָזן די 
געשעפטן אף זייערע נעמען: ער, מוישע אליין, גייט, קלוימערשט, פון זי 
אוועק, אזוי אז די כויוועס זאָלן הייסן נאָר ז ײַ נ ע, און אויב ער צאָלט 
ניט, זאָל עס הייסן, אז ער אליין צאָלט ניט, אַבער די קינדער און דאָס 
געשעפט בלײַבן אין א זײַט... 

בא מוישען, בייס ער האָט דאָס גערעדט, זײַנען די ליפּן פון דער באָרד 
געשפּרונגען. זי האָבן אים אָפט אויך ניט געפאָלגט און געװאָלט ריידן ניט 
דאָס, װאָס ער האָט געזאָלט ארויסברענגען. גרויס מי האָט אים געקאָסט, 
ער זאָל זיך זעלבסט באהערשן, און אָפט האָט ער נאָך צו דער אינער- 
לעכער מי געמוזט באנוצן אויך די פינגער, וועלכע ער האָט אלע װײַלע 
צו די טאנצנדיקע ליפּן צוגעשטעלט, קעדיי זי אָפּהאלטן פון ניט פאָלגן 
און פון אופרעגונג. 

איציקל זילבורג האָט שוין פון זײַנע ערשטע ווערטער, פון זײַן ציטערנ- 
דיקן קאָל און טאנצנדיקע ליפּן, באמערקט, פון װאָס פאר א בראָך זי 
קומען, און קעדיי ניט צו קוקן אף מוישען, קעדיי זיך מאכן ניט זעענדיק, 
האָט ער דעם קאָפּ צו דער ערד אראָפּ געהאלטן. ער האָט אויך, קעדיי צו 
בארויַקן מוישען און אים דאָס הארץ לײַכטער מאכן, וי זײַן שטייגער, 
אפגיך, אפגיך, שוין בייסן געשפּרעך, מיט זײַן שארפן מויעך אן ארבעט 
געטאָן, און בייס יענער, מוישע, האָט נאָך געהאלטן אין ריידן, האָט ער, 
איציקל, שוין דעם ענטפער געהאט אָנגעגרײט, וי א געניטער דאָקטער, װאָס 
פון די ערשטע װוערטער פונעם כוילע איז אים שוין קלאָר די קרענק, און ער 
פארשפּאָרט שוין לאָזן דעם כוילע באאריכעס זיך פאנאנדערגיין. דאָך, 
מאכמעס קאָװעד, האָט ער אים ניט איבערגעשלאָגן, און אז מוישע האָט 
פארענדיקט, האָט איציקל באלד א זאָג געטאָן: 

-- אוואדע איז גלײַך, אוואדע לאָזט זיך! דערװײַל זאָגט דאָך רעב מוי- 
שע אליין, אז ס'איז נאָך צו פרי, און אז ס'וועט האלטן דערבײי, װעט מען 
זען, געוויס לאָזט זיך! ויאזוי מאכט מען דאָס! פארשיידן. פאר אלעמען, 
װעט מען דארפן זען, אז די האנדלס-שײַן פון זײַן נאפט-געשעפט, לע- 
מאָשל, זאָל גענומען װערן אפן נאָמען פון זײַן איידעם יאנקעלע גראָד- 
שטיין. פאר אלעמען, װעט ער, רעב מוישע, דארפן זען, אז אויך דאָס הויז 


236 


און אנדערע אומבאוועגלעכע גיטער, אויב ער פארמאָגט, זאָלן אויך אֹף 
עמעצנס אנדערש נאָמען איבערגעשריבן װוערן. פארשטענדלעך, אז בא" 
וועגלעכע, װי, צום בײַשפּיל, צירונג, געלט-מעזומען, כפייצים אא., דארפן 
פון הויז אוועקגענומען און איבערגעגעבן װערן אין זיכערע הענט, אף 
וועמען רעב מוישע קאָן זיך פארלאָזן. װאָס זשע געהער דער קאָנטאָר 
אליין, װעט מען נאָך זען, ס'וועט עפשער מעגלעך זײַן ארויסגעבן וועקס- 
לען אף א היפּשער סומע, װאָס ער, רעב מוישע, האָט, קלוימערשט, געליִען 
בא זײַן איידעם נאָכעמען, אויב ער וויל, אז די קאָנטאָר זאָל בלײַבן אף 
יענעמס נאָמען. פאראן אויך אנדערע מעגלעכקײַטן, װאָס וועגן זיי וועט זיך 
נאָך לאָזן א טראכט טאָן. אלנפאלס, זאָל ער, רעב מוישע, אים, איציקלען, 
צו דער צײַט צו וויסן געבן, זאָל ער אים װאָס אָפּטער באריכטן, און אין 
נייטיקן מאָמענט װעצט שוין געטאָן ווערן דאָס נייטיקע. ער מעג זיכער זײַן 
און זיך פארלאָזן אף אים, אף איציקלען. 

איציקל זילבורג האָט דאָ, זעט אויס, אויסער זײַן געוויינלעכער פאך- 
פארינטערעסירטקײַט, געהאט עפּעס א באזונדער מיטלײַד צו מוישען 
כאָטש ער איז אזוינע סאָכרישיקליענטישע שטאנדן גענוג בײַגעװען, דאָך 
האָט זיך אים אָט דער פאל עפּעס אױסגעטײלט פון אלע אנדערע, ער 
זאָל מער ווארעמער און אופריכטיקער זען דעם קליַענט אמבעסטן צו 
אייצען און װוי װײַט מעגלעך אים זײַן געמיט פארגרינגערן. 

אף וויפל דאָס האָט זיך אים אײַנגעגעבן, האָט זיך אײַנגעגעבן: מוישע 
האָט זיך, ווי-ניט-ווי, טאקע געלאָזט אײַנרײדן, און פאר איציקלס אוועק- 
גיין אים געדאנקט און פון גרויס צעטראָגנקײַט זיך מיט אים, שוין אף 
דער שװועל שטייענדיק, אפילע זיך עטלעכע מאָל געזעגנט. נאטירלעך, 
איז אים אויך געבליבן גענוג שווערס: אליין שוין דאָס, װאָס װער װאָלט 
זיך עס געריכט, אז ער, מוישע מאשבער, װעט האלטן דערבײַ, אז ער 
וװעט געצװוּנגען זײַן איציקל זילבורג אף אזא סאָד אײַנלאדן צו זיך 
אהיים, מיט אים הינטער פארמאכטע טירן זיך אָפּזונדערן און אזוינע 
גאָר געשפּרעכן פירן. נאָר מיילע: געשען--איז געשען, און אין לעבן 
קומט פאָר פארשיידנס... מוישע האָט זיך שוין געװאָלט בארויַקן, נאָר 
איידער ער האָט נאָך באוויזן איציקל זילבורג אראָפּבאלײטן פון שטוב 
און פון דער שװעל, אזוי האָט זיך באוויזן א שאָליעך פון רעב דודי 
דעם ראָוו צו אים צוגעשיקט מיט א באקאַשע, ער זאָל װאָס גיכער קו- 
מען -- דער ראָוו ווארט אף אים, דער ראָוו דארף אים נייטיק האָבן. 

דאָס איז געווען נאָך דעם, װי רעב דודי האָט זיך די לעצטע טעג 
קראנק געמאכט און זיך אין בעט ארײַנגעלײגט.. געמאכט?--יאָ, עמעס, 
א ביסל איז ער אויך טאקע קראנק געװוען, אָבער ניט אף אזויפיל, אז 
ער זאָל זיך אין בעט לייגן, און געלייגט האָט ער זיך, קעדיי ער זאָל 
קאָנען רופן און אײַנלאדן צו זיך דעם דאָקטער יאנאָווסקי און מיט אים 
האָבן דעם באלד װײַטער קומענדיקן געשפּרעך. 

ביידע, רעב דודי און יאנאָווסקי, צוויי אלטע שטאָט-אָנפירער, איי- 
נער פון דאָס ראָוו שטאָט-אײַנװױנער, פון דער ייַדישער קעהילע, דער 
צווייטער -- פון דער מינדערהײַט, פון דער פּוילישער, װאָס ער, יאנאָווסקי, 


317 


איז געווען איר פאָרשטײיער, איר הויפּט-פארזאָרגער און איר קלויסטער- 
קאזנאטשיי. נישט איין מאָל האָבן זיך די ביידע, רעב דודי און יאנאָוו- 
סקי, אָנגעשלאָגן בא אלגעמיינע אינטערעסן, וועלכע האָבן ביידע קע- 
הילעס אָנגערירט. זיי האָבן זיך איינס דאָס אנדערע אָפּגעגעבן קאָװעד 
אין אזוינע פאלן, און יעדעס מאָל מיטאנאנדער די נייטיקע איניאָנים, 
אף א געהעריקן אויפן, אײַנגעלאדעט; אזוי אז אפילע שוין ניט אין נייטיקע 
איניאָנים זײַנען זיי אויך, אליין נאָר לויטן אמט און שטאט, הייסט עס, 
אַפּיציַעלע פרײַנט געווען, האָבן זיך פון צײַט צו צײַט געװענדט איינס 
צום צווייטן, זיך זייער העפלעך געגריסט, ווען באגעגנט; און װאָס גע- 
הערט יאנאָווסקין, איז יעדעס מאָל, ווען רעב דודי איז קראנק געווען און 
מע האָט אים צו אים גערופן אף א ויזיט, פלעגט ער אָפּזיצן לענגער, 
װי בא א געויינלעכן כוילע, פלעגט, אויסער דער קרענק, ועגן נאָך 
איניאָנים שמועסן און יעדעס מאָל אפילע פון דאָקטער-געצאָלטס זיך 
אָפּזאָגן. 

דאָס מאָל, אז יאנאָווסקי איז געקומען צו רעב דודין, האָט רעב דודי 
אים גלײַך געזאָגט: 

-- ער איז ניט אזוי קערפּערלעך קראנק, װי קראנק פון ערגערניש. 
ער ווייסט מיסטאם, יאנאָווסקי, דעם איניען מיט די פּריצים, מיטן שיסן 
אין פּאָרטרעט און מיטן שווינדלער סווענטיסלאווסקי, װאָס האָט זיך גע- 
שטעלט דאָ בא דעם איניען צו פארדינען, און פאר די פּריצים איז גע- 
שטאנען א בריירע: אָדער-אָדער:---אָדער קייטן, פארשיקונג און עפשער 
נאָך ערגער, אָדער מע באצאָלט אים, סווענטיסלאווסקין, און דער איניען 
איז צעריבן. 

-- ער ווייסט מיסטאם אויך, אז איבערן האיאָריקן שלעכטן יאריד 
האָבן פּריצים קיין געלט ניט געהאט מיט װאָס זיך אויסצוקויפן. דער- 
װויסנדיק זיך די לאגע און שאנעװענדיק די פּריצים, װאָס זײַנען מיט 
ייִדן סאָכרים געבונדן, האנדלען מיט זי אלע יאָרן צוזאמען און מאכן 
שטענדיק געשעפט איניינעם --האָט ער, רעב דודי, געהאלטן פאר זײַן 
כויוו אין דעם איניען זיך ארײַנמישן, זיי, די פּריצים, פון זייער נויט 
ארויסהעלפן. ער האָט צונויפגערופן וועמען מע דארף, מע האָט דאָס געלט 
צונויפגעקליבן און דאָס געסילעקט. 

-- פארשטענדלעך, אז זײַן מיין איז דאָ געווען ניט, כאָלילע, עפּעס 
קעגן דער מעלוכע, װאָס פּריצים האָבן פאָרגענומען: אדעראבע, פארקערט. 
נאָר דערפאר טאקע, װײַל ער האָט געװוּסט, אז פּריצים זײַנען דאָ לאכ- 
לוטן אומשולדיק און אז ס'איז הוילער בילבל, האָט ער געטאָן, װאָס ער 
איז געווען ביעכוילעס, מענטשלעך, און װי דער ייַדישער דין פאָדערט 
אין אזוינע פאלן -- ארויסהעלפן דעם, װאָס נייטיקט זיך אין דײַן הילף. 

-- ס'האָט זיך אָבער אױיסגעלאָזט -- מע ווייסט ניט, פונוואנען ס'קומט 
און וועמעס האנט ס'איז דערבײַ --מעגלעך, אז דער שוינדלער סװוענ- 
טיסלאווסקי אליין האָט זיך דאָ פארן שווינדל דערשראָקן און האָט זי 
אליין אויסגעגעבן, מעגלעך אויך, אז אן אנדערער, --װי די מײַסע זאָל 
ניט זײַן, איז, װי ער, יאנאָווסקי, װוייסט, דער גאנצער פּריצים-אוילעם 


318 *0ק 


איצט פארפלעקט, און אייניקע אפילע האָט מען שוין פארנומען, און אויך 
די ייִדן, יענע, װאָס האָבן דאָס געלט געזאמלט, זײַנען שוין אפן פאר- 
הער גערופן געװאָרן, און ער אליין, רעב דודי, איז איצט גוואלדיק 
פארלוירן: ער קאָן זיך ניט מויכל זײַן, װאָס ער האָט אומשולדיקע מענטשן 
אין אזא איניען ארײַנגעפירט און פארמישט. װײַל אוב סוועט גין 
וי ס'גייט, איז, װועדליק מע הערט זאָגן און ער פארשטייט פון די אויס- 
פאָרשער, קאָן זיך דאָס, כאָלילע, ענדיקן מיט א גרויס אומגליק פאר אלע. 

-- איז אָט, האָט ער אים גערופן, ניט אזוי צוליב זײַן כולשע:, נאָר 
צוליב זיך אויסייצען: עפשער ווייסט ער, װאָס מע טוט און װאָס ס'לאָזט 
זיך דאָ פירנעמען. 

רעב דודי איז, בעשאס ער האָט דאָס אלץ פאר יאנאָווסקין אויסגע- 
לייגט, געזעסן אפן בעט. יאנאָווסקי -- לעבן אים, אף א שטול, צוגערוקט. 
רעב דודי --א זאָקן מיט א װײַסער שיטערלעכער ייִדישער באָרד, יאנאָוו- 
סקי אנטקעגן -- אויך אזא, נאָר מיט צוויי װײַס-יװאָלענע פראנציאָזעפישע 
באקןיבערד. רעב דודי-- מיט שארפע אויגן, נאָך מיט א געװויסן סאָרט 
ברען, קלוג, פּאַליטיקאניש, יאנאָווסקי אנטקעגן-- שוין מיט אן אויסגע- 
לאָשענעם בליק, צי פון עלטער, צי פון דער נאטור אזא. 

לאנאָווסקי האָט געהערט, באנומען, נאָר, צי מאכמעס ער האָט זיך ניט 
איבעריקס געװאָלט מישן, צי דערפאר, װאָס ער האָט געזען, אז ס'אין 
דאָ ניטאָ מיט װאָס צו העלפן, האָט ער, פון זײַן זײַט, גאָרנישט ניט 
פאָרגעלייגט. ער האָט נאָר געגעבן אָנצוהערן, אז אזויווי דער איניען אין 
ניט קיין געוויינלעכער, נאָר אזא, װאָס רירט אָן הויכע מעלוכע-פּאָליטיק, 
איז דאָס איינציקע, אין וועמען ס'איז געווענדט -- דאָס זײַנען די אויספאָר- 
שער. װי זיי װעלן װועלן, הייסט עס, אויסלייגן די זאך פאר דער הויכער 
מאכט, אזוי װעט דאָס זײַן, און אזוי װעט מען עס דאָרט אָנעמען איז 
דאָס איינציקע דערום, װאָס מע װאָלט דאָ געקאָנט טאָן און װאָס ס'לאָזט 
זיך, איז װען מע האָט א צוטריט צו זיי, צו די אױיספאָרשער --דורך 
הויכער באקאנטשאפט אָדער דורך אנדערע װעגן, וען מע קאָן צו זי 
צוקומען, װען דאָס גיט זיך אײַן, װאָלט מען, ערשטנס, זיך געקאַנט 
דערוויסן, װי די זאך האלט ביכלאל, און צווייטנס, װאָלט מען עפשער 
זי געקאָנט איבערצײַגן, איבעריידן און זיי באװײַזן דעם אומשולד פון 
די באשולדיקטע, נאָר אף אזא אויפן װאָלט דאָ געקאַנט עפּעס מעגלעך 
זײַן. 

רעב דודי איז פונעם געשפּרעך מיט יאנאָווסקין ארויס נישט איבעריק 
באפרידיקט, און דאָס איינציקע, װאָס איז אים געבליבן און האָט זיך 
אים יאָ אפן סייכל געלייגט, איז געװען דאָס --װאָס עפשער װאָלט מען 
טאקע געזען דורך פארשיידענע צדאָדים, דורך פארשיידענע קליינע מע- 
לוכע-לײַט און באאמטע קומען צו זיי, צו די העכערע, צו די אויספאָר- 
שער. 

און אָט צוליב דעם האָט ער איצט מוישע מאשבער געלאָזט רופן-- 


1 שוואכקײַט. 


219 


אים, מוישען, װי נאָך אייניקע געציילטע פון צװישן אלע די, װאָס האָבן 
אינעם געלט-זאמלען פאר די פּריצים גענומען אָנטײל. װײַל דאָס, װאָס 
רעב דודי האָט איצט געהאט פאָרצולייגן, אין א זאך טאקע נאָר פאר 
געציילטע און געטרויונגס-לײַט, --אלנפאלס, ניט פאר אלע. 

רעב דודי האָט, פאר אלעמען, איבערגעגעבן זײַן געשפּרעך מיט יא- 
נאָווסקין און װאָס ער האָט פון אים ארױסגעטראָגן, און צום סאָף האָט 
ער צוגעגעבן: 

-- ס'טראָגן זיך קלאנגען, ראבױסײַ, אז די לאגע פון די פּריצים אין 
ערנסט. מע דארף עס גוט פארשטיין: די אױספאָרשער װעלן, נאטירלעך, 
זען אזא פאל ניט דורכלאָזן און זיך װעלן אויסצייכענען. זיי װעלן דערום 
ניט נאָר די פּריצים נישט ארױסלאָזן פונעם באשולדיקונגס-קרײַז, נאָר 
זיי װעלן זען אויך ארײַנשלעפּן אהין די, װאָס האָבן צו דעם נאָר די 
װײַטלעכסטע אפילע שײַכעס, װי מיר אלע, לעמאָשל, װאָס כאָטש זײ 
ווייסן װויל, אז ייִדן האָבן מיט דער עצעם-באשולדיקונג ניט צו טאָן, 
נאָר װוער ס'העלפט דעם, װאָס טוט די אוויירע, איז גלײַך װי ער טוט זי 
אליין. ס'איזן דערום איין אייצע: פריַער גאָט, דערנאָך טאקע זײי, די 
אױיספאָרשער. מע װאָלט באדארפט זען צו זיי צוקומען, --אזוי האלט 
יאנאָווסקי, אזא איז מײַן געדאנק אויך. מע דארף געפינען דורכוואנען 
דורכצוקריכן -- מיט קאָשערן, איז מיט קאָשערן, ניט -- אויב סלאָזט זיך 
ניט דורך באקאנטשאפט, דורך א גוט װאָרט און פרײַנטלעכער הישטאד- 
לעס --- איז אף אן אנדער אויפן, אף אן אנדער וועג: מיט װוײניק געלט, 
אויב מע װעט דארפן באשמירן א קלענערן, מיט מער --אויב דער גרע- 
סערער , נעמט", און נעמען --נעמען זיי דאָך אלע. קיין אנדער אויסוועג 
איז ניטאָ. 

-- עמעס, -- האָט דאָ רעב דודי צוגעגעבן, --ס'שטייט דאָ פאָר א גע- 
פאר, װי אין אלע ענלעכע אזוינע אונטערנעמונגען, דה. װען מע קומט 
אָן צו גרויסע לײַט, ווען מע דארף צו זיי האָבן און מע דארף זי אין 
דער האנט געבן"-- שטייט פאָר א געפאר, טאָמער, כאָלילע, נעמט דערנאָך 
אזא איינער, גייט און דערציילט, אז מע האָט אים געװאָלט איבערקויפן. 
דעמלט איז די שולד שוין געטאָפּלט, דעמלט וואקסט זי אויס אין א בארג, 
װײַל דאָס אין דאָך א סימען, אז װער ס'פילט זיך, דער מיינט זיך; 
אנדערש, ווען דער געוויסן איז ריין, װאָלט מען זיך דאָך אף אזוינע 
וועגן, װי אף געלט געבן, אף כאבאר, ניט געלאָזט. יאָ, ס'א געפאר. פון 
דער אנדערער זײַט אָבער האָבן מיר קיין אנדער בריירע, און מע דארף 
טאקע זען אין אזוינע איניאָנים זײַן זייער פאָרזיכטיק. זען, װועמען 
מע גיט, זיך אפריַער גוט אָנפרעגן, צי יענער נע מט, ויַאזוי און וויפל, 
און מע דארף, נאטירלעך, דאָס אויך קאָנען קלוג דערלאנגען.. 

ס'איז קלאָר געװען פון רעב דודין, אז די יעדיעס, װאָס ער האָט 
באקומען, זײַנען גאָרנישט קיין פריילעכע. אלנפאלס, זײַנען די געצייל- 
טע, װאָס זײַנען דעמלט בײַגעװען אף דער ענגער געהיימער און געשלאָ- 
סענער באראטונג בא רעב דודין, ארויס אָן א באשלוס, מאכמעס איבעריק 
פעסט איז דאָך רעב דודי אליין ניט געווען מיט זײַן פאָרשלאָג -- ערשטנס, 


20--9 30 


איבער גרויס מוירע, און צווייטנס --- אויך איבער דעם, װײַל מע האָט 
נאָך ניט געװוּסט -- אויב מע זאָל אפילע יאָ אָנעמען דעם פאָרשלאָג -- ווער 
זאָל גיין און וועמען זאָל מען שיקן, װער װעט זיך אף אזא זאך אײַג- 
שטעלן, און דעריקער --וויפל געלט דארף מען דערוף האָבן און בא 
וועמען װעט מען דאָס צונויפנעמען. מע איז דערום פאָרלויפיק ארויס אָן 
א באשלוס, יעדערן אָבער האָבן היפּשע קעץ אין בויך געגריזעט און 
יעדערן האָט דער קאָפּ געעגבערט: אן אָנשיקעניש, אן אומגליק.. 


*/  * 5 


אויך מוישע מאשבער איז דעמלט אהיים געקומען פון יענער באראטונג 
שטארק נידערגעשלאָגן. ס'איז שוין געווען אין א שפּעטער שאָ, קאָרעוו 
צו האלבער נאכט. ער האָט שוין בא זיך אין עסישטוב קיינעם פון די 
קינדער ניט געטראָפן, און אפילע גיטעלען, װאָס יאָ, האָט ער אויך גע- 
בעטן, זי זאָל גיין שלאָפן; די וועטשערע, װאָס איז אים אָנגעגרײט, אין 
אים גענוג, מער דארף ער ניט, און ער האָט נאָך צוליב עפּעס נאָך דער 
וועטשערע א ביסל אליין צו בלײַבן. ער איז געבליבן אליין. די וועטשע- 
רע --יאָ געגעסן, גלײַך װי ניט געגעסן. אױבנאָן זיצנדיק, האָט ער גע- 
האט פאר זיך דעם גרויסן הענגלאָמפּ, וועלכער איז אראָפּגעהאנגען א 
ביסל נידעריקלעך פון דער סטעליע איבערן גרויסן עסטיש און האָט אים 
פארשטעלט די קעגניבערדיקע טיר, װאָס פירט פון קיך אין עסצימער. 
מוישע האָט דערום ניט באמערקט, װי שטיל, קוים צו הערן, האָט זיך 
פּונקט דעמלט אין יענער טיר, אינמיטן איר כאָלעל שטיין בלײַבנדיק, 
עמעצער איצט באוויזן. דאָס איז געווען --- אלטער. אָנגעטאָן, װי פריער, -- 
אָרעמלעך און װי ס'איז געקליידט אזא, אף וועלכן מע קוקט וייניק און 
פאר וועמען מאלבושים שפּילן קיין ראָליע. ער איזן איצט געשטאנען, 
װי יעדעס מאָל, װען ער פלעגט זיך פּלוצלינג באװײַזן אמאָל אין דער 
טיר אן אומגעריכטער. װער סװואָלט אָבער איצטער אף אים א מער 
ערנסטן קוק געטאָן, װאָלט אין אים דערזען א מעשונע ענדערונג, 

מיר ווילן זיך דאָ לאנג ניט פארהאלטן. מיר װעלן נאָר זאָגן, אז 
אפילע פאר א גרויסן דאָקטער װאָלט אָט די ענדערונג, װען ער זעט זי 
געווען א רעטעניש, און ער װאָלט, וועלנדיק זי דערקלערן, אין גרויס 
פארלעגנהײַט געקומען. מיר אָבער, װאָס ניט קיין דאָקטער, זאָגן זיך 
אוואדע אָפּ פון דערקלערונגען, און מיר ווייסן נאָר אָט װאָסערע פאקטן 
צו דערציילן; 

קיינער אין שטוב אונטן האָט נאָכן געוויסן פאל, װאָס ס'האָט מיט 
אלטערן געטראָפן אין געוויסן אפדערנאכט, נישט געװוּסט, װאָס מיט 
אלטערן אין זײַן אייבערשטיבל געשעט. מע האָט ניט איבעריק ארופגע- 
קוקט צו אים, מע האָט אים נאָר דערלאנגט, װאָס מע דערלאנגט אים 
קעסיידער צו זײַן געברויך און מאראָכע, אָבער מער האָט מען מיט אים 
ניט צו טאָן געהאט, װײַל פונעם פאל, האָט מען באמערקט, האָט ער זיך 
גיך אויסגעפאריכט. נישט באמערקט האָט מען אָבער, אז אלטער האָט, 


321 


אליין בלײַבנדיק, נאָך אין בעט ליגנדיק, זיך אָפט גענומען שפּילן מיט 
דער זון-שײַן, לעמאָשל, מיט אזא האנאָע, װי נאָר א זויגקינד שפּילט זיך 
מיט אזוינע זאכן. 

ער האָט זיך צוערשט, וי נאָר ער איז געקומען צו-זיך און פון בעט 
אראָפּגעגאנגען, זיך געהייסן ארופדערלאנגען א סידער. מע האָט זיך פאר- 
װוּנדערט, אים דערלאנגט און גלײַך פארגעסן. שפּעטער האָט ער זיך 
געבעטן דערלאנגען א סייפער (אפילע אָנגערופן אים באם נאָמען). מע 
האָט זיך װײַטער פארװוּנדערט, װײַטער אים דערלאנגט און װוידער דעם 
װוּנדער פארגעסן. ס'איז דערגאנגען דערצו, אז ווען דאָס געוויסע מייערל -- 
דאָס איינציקע קינד אין שטוב, װאָס האָט זיך באשטענדיק אינטערעסירט 
מיט אלטערן, סײַ ווען יענער איז קראנק און סײַ וען ניט, --וען דאָס 
געוויסע מייערל האָט צו יענער צײַט צו אים ארופגעקוקט, האָט אלטער 
געהאט מיט אים צו פארפירן אזוינע געשפּרעכן, װאָס מייערלען האָבן זי 
געשראָקן, -- נישט דערפאר, װײַל אומזיניק (דערצו איז מייערל געוען 
געוווינט), נאָר פארקערט, אלטער האָט גערעדט צו דער זאך, און מייערל 
האָט פארװוּנדערט געקוקט אף אים, אים נישט דערקענט און זיך פאר 
אים איצט פיל מער געשראָקן, װוי פריִער. 

די ערשטע דערקענט די ענדערונג האָבן די דינסטן אין קיך: אז אל- 
טער איז צו יענער צײַט, ארויסגייענדיק אפן הויף, אָדער צוריק צו זיך 
אין אייבערשטיבל זיך אומקערנדיק, די קיך פארבײַגעגאנגען, האָט ער 
זיך איצט קעסיידער עטװאָס מער, וי פריַער, פארהאלטן. דערבײַ האָט 
ער עפּעס אף די דינסטן געקוקט, דעריקער, אף דער ייַנגערער, אף דער 
פּאָקאָיאָװוע, אף גנעסיען מיטן מולטענעם קאָפטל און מיטן הויכן בוזעם. 
דערזעענדיק אים דאָס ערשטע מאָל בא אָט דער מעלאָכע--באם קוקן 
אף גנעסיען, האָט די עלטערע דינסט, נאָך דעם וי יענער, װי אלטער, 
איז אוועק --א דערשראָקענע און װוי אין גרויס פארצווייפלונג אויסגע- 
שריגן; 

-- א ווייטעק איז מיר, האָסטו געזען א ביסל?.. 

-- װאָסי? -- האָט די צווייטע געפרעגט. 

-- האָסט גאָר ניט באמערקט, מויד? 

-- אז װאָס? 

-- אז אלטער ווערט, דאכט זיך, א מענטש. 

-- פון װאָס זעסטו דאָס? 

-- פון דעם, װי ער קוקט אף דיר, מויד... 

אן אנדערשמאָל האָט זי שוין אף זיכער אויסגעשריגן: 

-- מויד, װאָס קוקט ער אף דיר? װאָס האָט ער בא דיר אזוינס דערזען? 

א דריט מאָל נאָך מער זיכער: 

-- ער האלט שוין אף א דערעך, ער האָט שוין די געוויסע זאכן אין 
זינען.. 

ס'איז געווען עמעס. אלטער האָט זיך איצט שוין פארקוקט מיט כידעש 
אף דעם, װאָס פריִער, נאטירלעך, איז דאָס אים ניט אָנגעגאנגען. אלטערן 
איז שוין אויך אָפט בא זיך אין צימער וי ענג געװאָרן, ער האָט געװאָלט 


322 


ארויס אף דער פרײַ, אף דער גאס, נאָר ער האָט זיך געשעמט. ער 
האָט געהאט פאר װאָס: פאר אלעמען, מיט זיך אליין, װאָס ס'האָט אים 
געדאכט, אז אלע װעלן אים נאָכקוקן; און צווייטנס, מיט זײַן האלבאָשע, 
װאָס ער האָט שוין געפילט, אז מיט אזוינער דארף מען זיך שעמעףן 
מיט איין װאָרט, אלטער האָט שוין געװוּסט, װוּ ער געפינט זיך, געװוּסט 
זײַן לאגע ביז אהער און געװאָלט זי ענדערן --געװאָלט אריבערשטעלן 
א פוס איבער דער שטוב-שװעל, קעדיי ארײַנצוקומען צװישן די בניי- 
באיס װי אן אייגענער, נאָר ער האָט נאָך קיין מוט ניט געהאט. ער האָט 
דערום דאָס, װאָס אים איז צוגעקומען אין געזונט און אין פארשטאנד, 
נאָך װי אויסבאהאלטן, ניט וועלנדיק זיך װײַזן פאר קיינעם, אויסווארטנ- 
דיק, ביז ער װעט זיך מיט זײַן ברודער מוישען אויג אף אויג אָנשלאָגן, 
ער זאָל זיך פאר אים אין זײַן נײַעם שטאנד אנטפּלעקן, און יענער 
זאָל אים דערנאָך שוין אליין צװישן די איבעריקע ארײַנפירן און אים 
צווישן זיי היימיש מאכן. 

דערװײַל אָבער האָט אלטער פון טאָג אף טאָג אלץ מער לײַב אף זיך 
גענומען. דאָס עסן איז אים איצט אנדערש אײַנגעגאנגען, און ער האָט 
עס אנדערש, װײַזט אויס, פארדײַט. דאָס בלאסע פּאָנעם איז אים נאָך אלץ 
טאקע בלאס געבליבן, נאָר מער אָנגעפילט, און פון צײַט צו צײַט האָט 
זיך דערוף אויך שוין אפילע א מין פארב געויזן. ווען ניט די שלעכטע 
צײַט, און ניט די זאָרג, וועלכע איז אלע דעמלט באפאלן, װאָלטן אלע 
באם באגעגענען דאָס זיכער געווען באמערקט. אלע אָבער פארדרייט. בא- 
זונדערס מוישע, וועגן וועלכן די עלטערע דינסט האָט איינמאָל דעמלט 
צו דער ייַנגערער א זאָג געטאָן: 

-- ווייסט, װאָס כ'ל דיר זאָגן, מויד: אלטער בײַט זיך, דאכט זיך, מיט 
אונדזער באלעבאָס. 

-- װאָס הייסט ---,ער בײַט זיך"? 

-- דאָס הייסט, אז דער באלעבאָס, דאכט זיך, װוערט מעשוגע, און 
אלטער -- קלאָר, 

אלטער האָט דערװײַל די רו און צײַט געהאט, אזוי וי א הינדל 
אונטער א קװאָטשקע, שטיל אין זײַן אייבערשטיבל זײַן נײַעם װוּקס 
און זין אויסצוּווארעמען, ביז זיי האָבן זיך בא אים װי פון א שאָלעכץ 
אויסגעשיילט, זיך אױסגעפּיקט, און ביז ער האָט זיך דערפילט, אז ער 
קאָן שוין אף אייגענער אכרײַעס אן אייגענעם טראָט מאכן 

צו יענער צײַט, װען מע װאָלט אומגעריכט אין זײַן אייבערשטיבל 
ארופגעקומען, װאָלט מען אים געקאָנט אמאָל טרעפן, װי ער קוקט זיך 
ארום, באקוקט זײַנע קליידער, באקוקט זײַנע הענט און פיס, אויך זײַן 
פּאָנעם אמאָל אין א האלב-געעפנטן פענצטער, ווען ליכט און שאָטן דער- 
לויבן צו זען די אייגענע אָפּשפּיגלונג אין פענצטער-גלאָז. 

אזוי לאנג, ביז אין איינעם א טאָג האָט אים אין שטוב א צי געטאָן 
דאָס איז געווען אין יענעם אפדערנאכט, ווען מוישע איז, קומענדיק צו- 
ריק פון רעב דודין, אליין אין עס-שטוב געבליבן. אלטער האָט זיך, וי 
זײַן שטייגער, אף דער שװעל שטייענדיק, באוויזן. מוישע האָט, װי גע- 


323 


זאָגט, צוערשט איבערן אראָפּהענגענדיקן לאָמפּ אים ניט באמערקט, נאָר 
דערנאָך, ווען דערזען, האָט ער אזש א געשריי געטאָן פון אומגעריכט- 
קײַט: 

-- הא! װאָס! אלטער!.. 

אלטער איז צו אים צוגעגאנגען און זיך דערנעענט צו זײַן זיץיאָרט 
באם אױבנאָן, װאָס ער האָט פארנומען. און שוין אין אָט דעם שטיקל 
וועג, װאָס יענער האָט געהאט צו מאכן, פונעם שװעל ביזן טיש, האָט 
מוישע באמערקט, אז זײַן גאנג איז עפּעס דאָס מאָל אנדערש, װי אלע- 
מאָל, אויך זײַן האלטן זיך ניט וי פריִער, און דעריקער זײַן בליק-- 
אזא, װאָס ביז אהער האָט מען זיך אף אזוינעם בא אים קינמאָל ניט 
געקאָנט ריכטן: --א מענטשלעכער, א פולווערטיקער און באזיניקט, -- און 
גראָד דאָס האָט מוישען איצט שטארק דערשראָקן --גראָד דאָס מענטש- 
לעכע, גראָד דאָס, װאָס פולווערטיק, דאָס, װאָס אלע מענטשן זײַנען דער- 
מיט באשאָנקען, -- זײַן זינען. 

ער האָט פון דערשרעק נישט געװוּסט, װאָס צו טאָן. ער האָט איצט 
נישט װי אלעמאָל, ווען אלטער פלעגט אמאָל אראָפּקומען אומגעריכט, אים 
נישט צוריק געטריבן, צוריק געשיקט, װי קעסיידער: ,גיי, גיי צו זיך, 
אלטער"... ניין, דאָס מאָל האָט ער זיך פון זײַן אָרט א הייב געטאָן, װי 
געװאָלט מאכן פּלאץ און אײַנלאדן אלטערן זיך זעצן, ער האָט דאָס אָבער 
נישט געטאָן, װײַל ניט געװוינט דערצו. ער איז נאָר אף א װײַלע אויך 
אליין געבליבן שטיין און, פון נישט ויסן װאָס צו מאכן, האָט ער 
אײַלנדיק און מעװוּלװל א פרעג געטאָן: 

-- װאָס האָסטו געװאָלט, אלטער? 

-- כ'האָב געװאָלט מיט דיר עפּעס איבעריידן. 

שוין פון אָט די ערשטע, געציילטע ווערטער, װאָס אלטער האָט ארויס- 
געזאָגט, איז פאר מוישען קלאָר געװאָרן, אז ער האָט פאר זיך א נײַס, 
א גאָר װוילדע. ער האָט זיך דערמאָנט, װי אלטער האָט, בעשאס ער איז 
דעם לעצטן ערעװיראָשעשאָנע ארוף צו אים צום נײַעם יאָר געװוירע 
ווערן, אים א זאָג געטאָן, אז ער װערט, דאכט זיך, געזונט... ער האָט זיך 
אויך דערמאָנט אין יאנאָווסקיס וװוערטער אין יענעם געוויסן אפדערנאכט, 
ווען אלטער האָט, בייס לוזיס אוועקגיין פון שטוב, דעם געוויסן פאל גע- 
טאָן, -- װאָס יאנאָווסקי האָט דעמלט, קומענדיק, געזאָגט וועגן דעם פאל -- 
אז מעגלעך, דאָס זאָל דינען פאר אן איבערבראָך אין אלטערס שלאפקשליט. 
ער האָט זיך דאָס דערמאָנט, און קוקנדיק איצט אף אלטערן און זעענדיק 
אים א נײַעם פאר זיך, האָט ער ניט געװוּסט, װאָס פארא ווערטער צו 
געברויכן און ביכלאל װאָס װײַטער דאָ פירצונעמען. נאָר דאָ איז אים 
אלטער אליין צו הילף געקומען, און נישט ווארטנדיק אף מוישעס װײַ- 
טערע פראגעס, האָט ער פּלוצעם א זאָג געטאָן; 

-- כ'בין געקומען דיר, מוישע, זאָגן;: מאך מיך כאסענע. 

דאָס איז געזאָגט געװאָרן מיט אזא טאָן, אזוי הויל און אופריכטיק, 
וי ס'זאָגט נאָר אָדער א דולער אָדער אזא, וועלכער איז לאנג אין קיין 
ייִשעוו נישט געװוען, וועלכער איז אָפּגעװױנט און ווייסט ניט, װוּ, װאָס 


324 


און ווען מע מעג יאָ אָדער מע מעג ניט זאָגן, און אליין דער אויפן פון 
זאָגן איז אזא, װאָס קאָן אופרײַסן אן אויער, 

אלטערן איז דאָך ניט צו באשולדיקן: דאָס איז ער דאָך טאקע דער, 
וועלכער איז איצט וי פון ערגעץ װײַט אראָפּגעקומען, דאָס איז ער דאָך 
דער, װאָס האָט לאנג מיט מענטשן און מיט מענטשלעכע מידעס ניט צו 
טאָן געהאט. ער האָט דערום געזאָגט, װי מע זאָגט ניט אין קיין ייִשעו, 
געזאָגט, װאָס געמיינט, און געמיינט האָט ער: ער איז שוין גלײַך מיט אלע. 

-- הא?-- האָט מוישע וי ניט אײַנגעהערט. ער האָט װי ניט באנומען, 
וי זײַנע אויערן ניט געגלייבט, און פון גרויס געפּלעפטקײַט איז ער מער 
ניט אימשטאנד געווען, װי נאָר דאָס זעלבע נאָכאמאָל איבערצוכאזערן: 

-- הא, װאָס האָט ער געזאָגט, אלטער, װאָס האָט ער געװאָלט? 

-- ער האָט געװאָלט זאָגן, אז ער איז שוין, װי אלע, אז זײַן װעלט 
איז אים אופגעגאנגען, אז זײַן צימער איז אים ענג, ס'איז אים צום לעבן 
געקומען, און מע דארף זען עפּעס טאָן דערפאר. און דאָס מיינט ער אים, 
מוישען, װײַל װי ער געדענקט, איז אז זייער פאָטער איז געשטאָרבן 
האָט ער אים פאר זײַן אָפּעקון געמאכט, און ער איז דערום דער איינ- 
ציקער מעכוּיעוו, און דערום װענדט ער זיך צו אים, װוי צום איינציקן 

פאר מוישען זײַנען אלטערס װערטער געקומען אזוי איבעראשנד, 
אזוי אומפארשטענדלעך, אז ער האָט די ערשטע רעגעס נישט געװוּסט, 
װוּ ער געפינט זיך. ער האָט פאר זיך די שײַן נישט געזען, אויך נישט 
אלטערן, און װי ער איז אזוי געשטאנען פון זײַן בענקל אופגעשטעלט, 
אזוי האָט ער זיך אויסגעדרייט און דאָס גענומען זוכן, קלוימערשט אף 
זיך ווידער אנידערזעצן, װײַל די פיס האָבן אים וי שלעכט געהאלטן, 
און אויסדרייענדיק זיך, האָט ער עפּעס געמורמלט, וי טאָמיד און וי 
אלעמאָל ער איז געוווינט מיט אלטערן: 

-- גיי, גיי, אלטער, מירן זען עפּעס באטראכטן, -- האָט ער דאָס מאָל 
נאָר צוגעגעבן. 

אלטער איז א װײַלע געשטאנען, דערנאָך אוועק. צו מוישעס אוער 
האָבן קימאט די טריט פון זײַנע שיך נישט דערגרייכט, ---אזוי צעטומלט, 
אזוי פארלוירן איז ער געווען. ביז ער האָט שפּעטער צוריק זײַן בענקל 
געפונען, ביז ער האָט זיך דערוף וידער אראָפּגעלאָזט, געבליבן זיצן, 
און ערשט דעמלט האָט ער געקאָנט נעמען אף דער מאכשאָװע דאָס, װאָס 
איז נאָרװאָס פאר א מינוט פאר אים פאָרגעקומען, און מיט א באפרײַענ- 
דיקן זיפץ זײַן ברוסט אויסלאָדן מיט די װערטער: 

-- ריבוינעשעלוילעם, װאָס געשעט דאָ? 


וא 
ערעוו קראך 


ין איינעם א שטארקימראקענדיקן און 
שפּעטן כעשװען-אָװנט איז צו יענער 
צײַט, וועגן וועלכער מיר דערציילן דאָ, 
צו איינער א שטאָטישער אכסאניע אין 
א צגעפאָרן א בויד, א שטארק-אויס- 
געווייקטע און דורכגענעצטע, מיט א 
פּאָר מידע פערד, פון וועלכע ס'איז גע- 
גאנגען א פּארע פון א לאנגן שלעפּן 
זיך, װײַזט אויס, אף שלעכט-הארבסטי- 
קע וועגן און בלאָטעס. אן עלנטער סטור- 
קאטש--א באלעגאָלישער שײַך-לאמ- 
טערן --- איז צו דער רעכטער זײַט פון 
בויד צוגעפעסטיקט געווען, און אויך ער, 
דער לאמטערן -- װוי שוין לאנג מאט פון 
טשאדענדיקן און נישטיקן לויכטן, האָט איצט, בא זײַן לעצטער רויכענ- 
דיקער נישטיקײַט, געמאכט זען, וי פון אינװייניקסט פון דער בויד זײַנען 
ארויס א פּאָר פון דער פרעמד אָנגעפאָרענע פּארשוינען, 

דאָס זײַנען געווען סרולי מיט לוזין, װאָס האָבן זיך איצט אומגע- 
קערט נישט נאָר פון זייער לעצטער נעסיע קיין אומאן--נאָר אויך פון 
נאָך איינער, װאָס זיי האָבן, װײַזט אויס, פירגענומען שוין נאָך אומאן -- 
אהין, אין לוזיס שטעטעלע, װאָס בא דער גרענעץ ערגעץ פארוקט, 
קעדיי פון זײַן קליין ביסל באלעבאטישקײט דאָס, װאָס ס'לאָזט זיך ניט 
ארויספירן, מאכן צו געלט, און דאָס איבעריקע, װאָס יאָ, און װאָס מע 
האָט אומעטום צום געברויך נייטיק, װי בעטגעוואנט און אנדערע זאכן-- 
אהער צו ברענגען, 

יאָ, א סימען אז אזוי, װײַל געקומען איז איצט לוזי אָן אן ערעך 
פיל מער באלאָדן און מיט פיל מער געפּעק, מיט וויפל ער אין אין זײַן 
לעצטער נעסיע אוועקגעפאָרן. דער באלעגאָלע האָט געהאט היפּש ארבעט 





200 


די פּעק און קלומקעס ארײַנצוטראָגן, און סרולי, וועלכער האָט אינדער- 
עמעסן צו זיי, צו די פּעק, קיין שײַכעס ניט געהאט, װײַל מע האָט געזען, 
אז ס'איז נישט זײַנע, אָבער ארומגעגאנגען ארום זיי איז ער, וי ארום 
אייגענע: פריער נאָכגעקוקט, ויאזוי מע טראָגט זיי, נאָכדעם איבערגע- 
ציילט, וויפל מע האָט ארײַנגעטראָגן, זיי געהייסן אוועקלייגן, װי ס'בא- 
דארף צו זײַן, קעדיי זיי ניט צו באשמוצן און זיי זאָלן זיך ניט איבעריקס 
וואלגערן. אף דערוף אלץ האָט אכטונג געגעבן סרולי, װײַל לוזי אליין, 
נישט געװווינט און נישט בארופן דערצו, איז אומבאהאָלפן און דערצו 
נאָך, װײַזט אויס, שטארק מיד פון וועג. 

די זעלבע ארבעט מיט די פּעק און מיט די קלומקעס, און ביכלאל מיט 
לוזיס אײַנאָרדענונג, האָט סרולי געהאט נאָך מער, װי יענעם אֶװנט, 
ערשט אף מאָרגן, ווען ער האָט מאָרגן גאנצפרי, מיט דער הילף פון 
מעקלערס, לוזין אָפּגעזוכט א ווינונג אין אן אָרט, װוּ זיי האָבן פריִער, 
װײַזט אויס, צװישן זיך אָפּגערעדט. ערשט אהין האָט מען זיך באדארפט 
פריער איבערקלײַבן, דערנאָך ערשט פיל צו טאָן האָבן מיט װײַסן, שמירן, 
ריין-וואשן, און װאָס מע האָט געבראכט פון זאכן און מעבל אויסשטעלן, 
און װאָס ניט געבראכט דערקויפן. דאָס אלץ האָט אף זיך װוידער גענומען 
סרולי, און דאָס האָט ער אויך אויסגעפירט אפן בעסטן באלעבאטישן 
אויפן, גלײַך ער װאָלט אלעמאָל נאָר מיט אזוינע זאכן זיך באשעפטיקט, 
און גלײַך װי אײַנאָרדענען מענטשן װאָלט בא אים געווען א זאך שוױין 
פון לאנגער רעגילעס. 

באזעצט האָט זיך לוזי נישט װײַט פון דער ,קלאָלע". דאָס איז אן 
אָרט, װאָס ניט אנדערש, אז אן אלטער, בייזער און קרענקלעכער נאָװי 
האָט דאָס פארשאָלטן אף אומגליק און אף אויסזען אזוי, אז ער ס'וועט 
אהין אמאָל ארײַנקוקן, זאָל אים שוידערן, און ער זאָל לעבעדיקערהייט 
שוין דערפילן דעם טאם פון קייווער. 

דאָס איז אין דעם דריטן טייל שטאָט--א געויס ביסל געסלעך; 
אייגנטלעך, נישט קיין געסלעך, נאָר א קליין, שמאָל דורכגענגל, װעדליק 
אף איינעם אָדער צוויי מענטשן אין דער ברייט, האָט געטיילט צוויי קרומ- 
לעכע, אף דרײַ פערטל כאָרעװע שורעס הײַזער, װאָס אייניקע גאָר אָן 
א דאך, נאָר מיט א ביסל אָרעמער אָפּנענאקעטער קראָקווע, און אנדערע, 
קלוימערשט, יאָ מיט א דאך פון דראניצע, אָבער--פון צײַט, היץ און 
ווינט שטארק איבערגעטריקנטע--האָבן אויסגעזען שוין האלב-פויל, 
האלב-לאָך און מיט פאריסענע שטשערבאטע ווידעלעך און עקן. די 
ווענט פון די הײַזער -- נאָר פון דארע ברעטלעך, נישט געטינקעוועט און 


צעשפּאָלטן, אנדערע, װאָס יאָ געטינקעװעט, לימיק-אָנגעדראָלענע, װי 


מעובערעס, מיט קרומלעכע טירן און זאוויסעס, מיט פענצטער נישט אפן 
אַרט און אָן שויבן, נאָר מיט שמאטעס אָדער מיט עפּעס אנדערש פאר- 
שטעקט. וואסער אין יענע הײַזער--א זעלטענער גאסט: נישט געוװואשן 
די הײַזער, און נישט אויך די, װאָס האָבן געװוינט אין זיי, און דערפאר 
א שטויב, א קויט און שמוץ פון דאָרידוירעס אף די וענט, אף די איינ- 
ציקע שויבן פון די איינציקע פענצטער, וועלכע האָבן שוין נישט געדינט 


327 


אף שײַן, מאכמעס זי, די שײַן, איז אין יענע געסלעך ביכלאל נישט 
געווען בענימצע, נאָר א דערמאָנונג אף שטענדיקן פינצטער און אֹף איי- 
ביקער פארװאָגלטקײַט און פארװאָרלאָזטקײַט פון יענע הײַזער. 

אן אוילעם האָט דאָרט געװווינט --א לעצט-סאָרטיקער: קאליקעס, װאָס 
זייערע קרענק און פעלערן איז זייער פּארנאָסע, װײַל מיט זיי, מיט אָט 
די פעלערן און קרענק, איז װער ס'האָט געהאט פיס, האָט זיך איבערן 
שטאָט און איבער די הײַזער ארומגעשלעפּט. מערסטנטײיל אָבער האָבן 
שוין דאָרט געוװווינט אזוינע, װאָס האָבן אויך דאָס ניט געקאָנט, און אף 
וועמענס אויסהאלט יענע, די נישט קאָנענדיקע, האָבן זיך דורכגעלעבט, 
ווייסן זיי נאָר אליין, נאָר איין גאָט און עפשער אויך יענער נאָװי, װאָס 
האָט זיי פארשאָלטן. 

מאָל דיר, אזא אויסהאלט איז דאָס טאקע געװען! לעצט-שמוציקע קי- 
שעלעך אף ליגן אף זיי אין דרויסן אום זומער, און ווינטער--װער 
ווייסט, װוּ און אף װאָס? װײַל װער האָט אהין דען ארײַנגעקוקט, סײַדן 
נאָר דער מאלעכהאמאָװועס, װאָס איז שוין דאָרט גאָר-גאָר און צו אן 
אַפּטער גאסט געוען, וען אין שטאָט זײַנען אפילע קיינע שלאפקײַטן 
נישט ארומגעגאנגען, ביפראט ווען יאָ, האָט ער ניט אופגעהערט אין יענע 
קויטיקע און מיט שמאטע-פארשטעקטע שויבן ארײינצוקוקן, און נאָך יעדער 
קוק זײַנעם האָט זיך שוין דאָרט נישט איינער געגרייט אין וועג ארײַן-- 
הײַנט-מאָרגן אפן בעסוילעם... 

פון דאָרט אויך --- פון דער , קלאָלע"-- היפּש אוילעם, גרייט אָנצו- 
קומען אין העקדעש און אין ביקער-כוילים --סײַ אלטע, סײַ יונגע, װאָס 
האָבן קיינמאָל ניט דערלעבט אלט צו װוערן, װײַל שוין פון קליינערהייט 
פארורטיילטע: צוגעשלאָגענע, האלב-קריפּלס, האלב-מעשוגאָיִם. קינדער 
זײַנען דאָרט געבוירן אָדער דערוף, אז גלײַך קליײנערהייט, ווען זי 
שטארבן נאָך פּיצלעך, זאָל זיי מוישע-מאָטיע דער נויסעמיטעניק ארויס- 
טראָגן אין די פּאָלעס, װי מע טראָגט א קאווענע אין פּאָלע, ווען מע האָט 
קיין קוישל ניט: אָדער -- ווען עלטער א ביסל -- זאָל זיי דאָס מעס-וועגע- 
לע פארנעמען, אי דאָס אויך ניט אײנציקװײַז, נאָר עטלעכע מיטאמאָל, 
װײַל מייסים, ביפראט קינדער, זײַנען דאָרט געװען געויינטלעכער וי 
ברויט. 

דאָרט האָבן וועןיניט-ווען און װוּיניט-װוּ געװוינט אויך לעצט-סאָר- 
טיקע באלמעלאָכעס, װאָס די איינציקע סיבע, פארװאָס זיי װווינען דאָרט, 
איז געווען די, װײַל װוּ דען אנדערש זאָלן זיי װוינען? אז קיין ארבעט 
ניט, קיין מעלאָכע און קיין געצײַג אויך ניט, און ערגעץ אנדערש מוז 
מען דאָך צום אלעמערשטן צאָלן דירעיגעלט, און דאָ איז אָפט ניט געווען 
דער באלעבאָס, דער מאָנער, סײַדן װידער דער נאָװוי, װאָס האָט יענץ 
אָרט פארשאָלטן. 

אָט דאָרט, נישט װײַט פון יענע געסלעך, האָט סרולי געפונען א הײַזל 
פאר לוזין, װוּ א באלעבאָסטע --אן אלטע, עלנטע ייִדענע --האָט זיך 
אונטערגענומען מאכן ריין, קאָכן, וואשן, ראמען פאר לוזין, און װוּ דאָס 
שטיבעלע, װאָס איז באשטאנען פון א פּאַר צימערלעך מיט א פאָרהײַזל 


328 


און קיכל, האָט, זינט לוזי איז אהין ארײַן, פאָרט א שטיקל אָנשטענדיקן 
אויסזען באקומען. אויסערלעך ניט גאָר רײַך, װײַל ס'איז געשטאנען, װי 
אלע אין יענעם שטאָט-טײל, אין בלאָטע, און באנאכט, נאטירלעך, ניט 
באלויכטן, אָבער אינערלעך, װוי װײַט מעגלעך אין יענע סאָרטן באדינ- 
גונגען, געמיטלעך. 

מ'דארף דאָ גלײַך צוגעבן, אז לוזיס שטיבעלע איז, װי נאָר ער האָט 
זיך דאָרט באזעצט, גלײַך געװאָרן א מין זאמלפּונקט, פאר אלעמען, פאר 
די זײַניקע. װײַל אזויווי דאָס אָרט איז געווען שטארק װײַט פון שטאָט 
און אין זייער שול ארײַן, און אזויווי אויך די צײַט א הארבסטיקע, מיט 
רעגנס און מיט בלאָטעס, און אזויווי די מערסט זייעריקע זײַנען דאָך 
דעריקער אויך געווען,. מאכמעס אָרעמקײַט, דאָרטיקע אײַנװױנער, איז 
דערום האָט אָפט לוזיס װוינונג געדינט אלס דאָס אָרט, װוּהין מע פלעגט 
זיך א פארנאכט ארײַנכאפּן אף א מינכע-מײַרעוו, און דערנאָך שוין אויך, 
בא א גלעזל טיי און האלב-געמיינער וועטשערע, צוזאמען דעם גאנצן 
אַװנט צו פארברענגען אין שמועסן, אין מײַסעס זיך דערציילן און זיך 
אויסהערן און אין איינס פארן אנדערן די הערצער אויסריידן. 

און נישט נאָר די אייגענע. ס'האָבן אָפט זיך שוין אָנגעהויבן ארײַנ- 
רוקן און ארײַנשטעלן אויך פרעמדע יונגעלײַטלעך. ביגנייווע פון על- 
טערן, פון שווער-און-שוויגער, פון פרײַנט און כאוויירים, האָבן זיי אין 
א פארנאכט, צװישן טאָג און נאכט-טונקלקײַט, אמאָל צום שטיבעלע זיך 
צוגעשלאָגן, און מיט גרויס פאָרזיכט און געהײימלעכקײַט, װי װען מע 
גאנוועט זיך אין אן אָרט פון זיסער זינד און אוויירע, אהין די שװעל 
אריבערגעטראָטן. 

ס'האָבן זיך פּאמעלעך גענומען ציִען אויך זײַטיקע פּארשוינען פון 
יענעם שטאָט-טײל, -- מענטשן, װאָס האָבן גאָר צו סעקטע-זאכן קיין שי 
כעס און קיין אינטערעס ניט. נאָר גלאט אזוי, װי צו א שטוב, װאָס איז 
שטענדיק אָפן און װאָס אז מע קומט אהין ארײַן, װײַזט מען קיינעם קיינ- 
מאָל די טיר ניט אף צוריק---איז פארװאָס אמאָל ניט ארײַנגיין, א קוק 
טאָן; ביפראט, אז ווען פון צײַט צו צײַט האָבן זיך אויך פון דאָרט אין 
די אפדערנאכטן ארויסגעהערט נישט געװוינטע פאר יענע ערטער שטארק 
היציקע געזאנגען, און דורך די קליינע פענצטער איז באשטענדיק צו זען 
געווען א צוזאמענגעדריקטע איידע, אמאָל באם טיש זיצנדיקע, אמאָל א 
שטייענדיקע, און הייס, בא א צעווארעמטן שמועס זיך אונטערצוהאלטן, -- 
איז פארװאָס זאָל אויך א זײַטיקער מענטש אמאָל די טיר ניט עפענען, און 
אפילע אָן א גוטן-אָװנט, װאָס מע האָט קיינער פון אים ניט געפאָדערט, 
צוֹ יענער איידע זיך ניט פארייניקן און צו אירע שמועסן אן אוער ניט 
צולייגן? 

לוזיס שטיבעלע איז שוין, װאָס װײַטער, אזוי װײַט אויסגעטיילט און 
באװוּסט געװאָרן, אז אפילע די קאליקע-לײַט פון דער , קלאָלע? האָבן זיך 
טעמפּ, אומגעלומפּערט און אף קיינעמס ניט רוף, צו דעם גענומען ציען 
ס'האָט זיי קיינער, נאטירלעך, ניט געבעטן, נאָר אין א מיטן באטאָג, 
א מיטן פארנאכט אמאָל, האָט מען געקאָנט זען איינעם אזא פּארשוין, בא 


309 


וועמען פיס און סייכל האָבן נאָך געקלעקט--אהין, צו יענער שטוב, 
זיך רוקן. 

וי אָט, לעמאַשל, פּושקע מיט די צען צענערס.. א פּארשוין מיט 
פיל שמאטעס און מיט אלט-צעפוילטע און צעטריפּלטע װאטאָווע בגאָדים, 
װאָס ער טוט זיי קיינמאָל ניט אויס, ניט זומער, ניט ווינטער, און א 
געשטאנק גייט שוין פון זיי אף מײַלן; דערצו נאָך האָט ער אלע פינגער 
פון די הענט מיט פיל צינערנע און בלײַערנע פינגערלעך באזעצט, װאָס, 
פון קיינמאָל זיי ניט אראָפּנעמען, זײַנען זי אים שטארק אין פלייש 
ארלינגעוואקסן און די גאנצע הענט זעען אים אויס שטארק אופּגעטראָגן 
און ברוין און בלאָװו געדראָלן. ער רעדט קײינמאָל, רוקט זיך, װי א 
טשערעפּאכע, מיטן גאנצן בגאָדים-פּאק און טראנטעס, און, מאכמעס 
איבערגעלאָדנקײַט, מוז ער מערסטנטיילס שטיין אָדער זיצן. איז אָט, 
אויך ער, פּושקע, האָט זיך אהין גענומען רוקן--נישט אף ארײַנגײין, 
נאָר גלאט אזוי---אמאָל בא דער נאכטיקער לאַמפּ-שײַן, װאָס האָט פון 
דאָרט ארויסגעקוקט, צו שטיין און גליװערן, אָדער אן אנדערשמאָל א 
מין טויבלעכן אויער און געהער צו א געזאנג, װאָס קומט פון דאָרט, 
צולייגן. 

אָדער אָט א צווייטער: , מיטװאָך?.. אויך אזא, וי יענער. עפּעס אן 
אונטערגעװאָרפענער, אָן טאטע-מאמע, וועלכער האָט זיך דאָ, אין דער 
,קלאָלע?, דערצויגן, און װאָס גערופן האָט מען אים אזוי, װײַל געפונען 
האָט מען אים אום מיטװאָך, און קיין בעסערן נאָמען האָט מען פאר 
אים ניט געקאָנט אויסטראכטן.. איינס אן אויג בא אים איז, װי אן עפּל 
די גרייס -- גלאָזיק און פון אויגן-לאָך ארויס, און דאָס צוייטע, דאָס 
נאטירלעכע, קוקט טאמעוואטע, זיס און שמייכלט, און צוזאמען מיט אָט 
די ביידע אויגן איז מיטװאָך -- מיטװאָך: א גוילעם, װאָס אז דאָס נאטיר- 
לעכע אויג שמייכלט בא אים, צעגיסט זיך דער שמייכל אף יענער באק 
פון יענעם אויג, װי א טײַכל פון א בארג-אראָפּ. ער האָט גאָרניט, אויסער 
עפשער א העמד אפן לײַב, א ביסל גוילעמישע גוטסקײַט אף די ליפּן און 
א קליין ביסל לאָשן און סייכל, נאָר װעדליק אף צו ענטפערן, ווען מע 
פרעגט אים: ,ער ביסטו?"--, מיטװאָך בין איך, מיטװאָך הייס איך, 
װײַל מיטװאָך האָט מען מיך געפונען?... און אָט, האָט עס אויך אזא פּאר- 
שוין, דער גוטעריאָר ווייסט ויאזוי, אהער, אין שטיבעלע, אָנגעטראָגן. 
ער איז געקומען, זיך אוועקגעשטעלט, מיטן איין אויג ליבלעך און װי א 
מין פיש זיך צעשמייכלט, װײַל ס'איז אים, װײַזט אויס, דאָ גוט געוען 
און געפעלן, הײַנט פארװאָס זאָל מען אים ארויסטרײַבן?. 

מיט איין װאָרט, לוזיס שטיבעלע איז געװאָרן יענער צוציונגס-פּונקט, 
פון וועלכן יונגעלײַט האָבן זיך געשושקעט און באהאלטענערהייט אהין 
זיך געגאנװעט;: עלטערע האָבן געמורמלט און די ינגעלײַט פון דעם 
געװאָרנט, און גאָר אלטע האָבן געברומט און זיך געבייזערט, און דאָס 
שטיבעלע שוין מיט די ערגסטע נעמען אָנגערופן, װי , טומע? און , טיפּ- 
לע?, און צװוישן זיך זיך געייצעט, ויאזוי און מיט װאָס פארא מיטלען 
פון דעם אייגנטימער פון יענעם שטיבעלע זיך אָפּצושלאָגן. 


230 


ס'האָט שוין געהאלטן דערבײַ, אז שטאָט האָט זיך אָנגעהויבן ערנסט 
מיט דעם צו פארנעמען, װײַל כאָטש דאָס שטיבעלע איז אזוי וװײַט גע- 
ווען, כאָטש אזוי אָפּגעשײדט, װאָס אז מע וויל, איז וועמען גייט עס אָן 
און וועמען ארט עס, דאָך האָבן זיך שוין געפונען אזוינע, װאָס איז זי 
זייער און זייער אָנגעגאנגען און איז זיי שוין געלעגן טיף-טיף אין די 
געדערים. ס'האָט שוין געהאלטן אויך דערבײַ, אז געוויסע פרומע לײַט 
האָבן זיך שטילערהייט פארזאמלט, קעדיי פאָרויס צװוישן זיך אָפּצורײדן, 
אז איידער מע נעמט עפּעס פיר קעגן יענעם, קעגן לוזין, זאָל מען זיך 
פּריער ווענדן צו מוישע מאשבער, צו לוזיס ברודער, װײַל אזויווי יענער 
איז פאָרט א כאָשעוו און א ברודער פון א כאָשעװ, האָבן זיי געװאָלט 
אויך זײַן ברודערס מיינונג אויסהערן. זיי זײַנען געקומען זיך אייצען, 
עפשער האָט ער עפּעס אנדערש פאָרצולייגן, עפשער אנדערע מיטלען 
און נישט נאָר די, וועלכע זיי האָבן אליין גערעכנט, דה. נישט נאָר 
שטרענגע. 


א סװאָרע, אז א גאנצע איידע באװוּסטע לײַט האָבן זיך אין איינעם 
אן אפדערנאכט טאקע צו מוישע מאשבער אין שטוב ארײַנגעשטעלט און 
וועגן דעם א גאנצן אָװנט אי אופגערעגט אי אויסערלעך אופגעהאלטן 
גערעדט, געטײַנעט און גענוי די זאך באהאנדלט. אלע האָבן זיך געהיצט, 
אָבער מוישע מאשבער אליין האָט זיי שוואך אויסגעהערט, װײַל ער איז 
מיט עפּעס אנדערש געווען פארנומען און די זאך איז אים אין קאָפּ ניט 
געקראָכן, און אינגאנצן ער צו יענער צײַט--צעשטרייט, דערשלאָגן און 
וי גאָר נישט אף דעם אוילעם. 


6 8 = 


װײַל ס'האָט שוין דעמלט געהאלטן שלעכט בא מוישע מאשבער; די 
געשעפטן בארג-אראָפּ, און צאָרעס, אומגליקן --בארג-ארוף. דערצו נאָך 
איז אים די ייַנגערע טאָכטער, נעכאמקע, ניט אף קאטאָװועס קראנק גע- 
װאָרן. מע ווייסט ניט, צי ס'איז איר געקומען פון שטילן ערגערן זיך 
פון איר פאָטערס לאגע און פון איר מאן, נאָכעם לענטשער, וועלכער האָט 
זי שטילערהייט געריזעט, צי פון א צוקילעכטס, צי עפשער גאָר פון א 
באהאלטענער יערושע, װאָס האָט אין איר געטליעט. װי סזאָל ניט זײַן, 
נאָר ס'איז איר װאָס אמאָל ערגער געװאָרן: די באקן -- װאָס אמאָל בלא- 
סער, ס'האָט זי אָפּטער געטרייסלט, און זי איז שוין פון דער שאל ניט 
ארויס פון אופשטיין ביזן לייגן זיך, און די לעצטע צײַט, צו הארבסט-צו, 
האָט זי, מאכמעס די שלעכטע װעטערן, זיך שוין גאָר אין בעט אוועק- 
געלייגט: די פיס זײַנען איר געװאָרן געשװאָלן... דאָקטוירים האָבן גע- 
זאָגט, אז זי דארף זומער, אָבער װוּ נעמט מען אים איצט, ערשט אָנהייב 
הארבסט? זיי האָבן אויך געזאָגט ,ווארעמע לענדער", אָבער דאָס האָט 
מען שוין דעמלט גאָר נישט פארשטאנען, און ווען אפילע יאָ, אין די 
צײַט ניט געװען אזא, מע זאָל אזינס גאָר אפן זינען קאָנען 
נעמען, 


231 


איז אָט, די נעכאמקעס קרענק האָט שוין מוישע מאשבער גאָר צום 
איבעריקן געפּלעפט. ער האָט דערפילט: א שװערע האנט לאָזט זיך אֹף 
אים אראָפּ, װאָס װער ווייסט, ביז װאָס פאר א נידעריקײַט זי װעט אים 
אראָפּבײגן; און אָפט, װען ער פלעגט אהיים קומען און ארײַנגיין צו 
דער טאָכטער געוווירע װערן, האָט ער אף איר נאָר געקוקט און קיין 
װאָרט ניט געזאָגט, און אָנקוקנדיק זיך איינס דאָס אנדערע, האָבן פאָטער 
און טאָכטער אין די אויגן בעשוטפישע טרערן געהאט, און נאָר מאכמעס 
געטרײַשאפט האָבן זיי זיך איינס פארן אנדערן ניט געװאָלט אויסגעבן 
זי, נעכאמקע, האָט זיי, אפן בעט ליגנדיק, באהאלטענערהייט געװישט, 
און ער ---אין א שטוב-ווינקל ערגעץ אָפּגײענדיק. 

װײַל יאָ, א טרער לאָזן איז געווען אף װאָס: נאָכעם לענטשער, מוי- 
שעס איידעם, איז שוין דעמלט אין שטוב, װוּ דאָס װײַב איז אים געלעגן, 
א האלבער װאָלף ארומגעגאנגען, ציגארן גערייכערט און שוין צו אָפט 
אף די ניט דערייכערטע העלפטן אין א וינקל איבערן שפּײַיקעסטל 
געשפּיגן. ער איז געווען אופגערעגט דערפון, פון װאָס ער האָט עפשער 
געהאט א גרונט צו זײַן אופגערעגט, אָבער מער אופגערעגט דערפון, 
װאָס איצט האָט ער זיך ניט געהאט פאר וועמען אויסצוריידן און וועמען 
צו הריזען. װײַל דאָס האָט ער פארשטאנען, אז איצט איז קיין צײַט ניט 
דערוף, און וועגן אזוינע זאכן איצט מיט נעכאמקען געשפּרעכן צו פאר- 
פירן איז א פארברעכן. ער האָט געשוויגן, אָבער דער שװער האָט דאָס 
צוגעזען, און אויך זי, נעכאמקע, און פון זײַן שװײַגן איז קיינעם ניט 
גרינגער געװאָרן, און בעסער, --האָט מען זיך געטראכט, --װאָלט ער 
שוין דאפקע יאָ גערעדט. 

דערצו נאָך האָט אין שטוב דעמלט געטראָפן איינע א זאך, װאָס האָט 
אלעמען, אפילע נאָכעמען, שטארק דערשלאָגן און האָט געװירקט, וי 
א פּלוצעמדיקער אומגעריכטער קלונג אמאָל נאָענט בא אן אויער, װאָס 
מאכט א מענטשן פון אָרט זיך אופרײַסן און אופשוידערן. 

ס'האָט זיך איינמאָל אן אפדערנאכט באוויזן בא מוישע מאשבער אין 
הויז שמוליקל דער שלעגער. די שטאָט האָט אים געקענט. א פּארשוין פון 
מיטעלן װוּקס, קוואדראט געבויט, מיט עטװאָס אופגעהויבענע, גלײַכע 
אקסלען. זײַן פּאָנעם, איבער איינעם א בעלמעוואטע אויג, א ביסל בלאס- 
לעך, אָבער האָר אין דער באָרד האָבן אים געשטעקט שטײַפע, פון טונקל- 
געלבלעכן קאָליר, און דאָס איינע אויג און די שטײַפע באָרד אליין זײַ- 
נען שוין גענוג געווען, ער זאָל, אף וועמען ער האָט באדארפט, א פּאכעד 
אָנווארפן און אז פאר זײַנע דארע, טרוקענע הענט, װי ברעטער, זאָל א 
גאנצע שטאָט ציטערן. דעריקערשט --באהעלפערס, דארדעקע-מעלאמדים, 
אמאָל אויך באלמעלאָכעס, װאָס איינער אף דעם אנדערן פלעגט אים 
אָנדינגען, ער זאָל אָנלערנען און אין די ביינער אָנלײיגן. ס'איז גענוג 
געווען איינער א פּאטש שמוליקלס, אז פון יענעמס פּאָנעם זאָל אים אנט- 
קעגן גיין א רויטע יושקע מיט היפּש אויסגעזעצטע ציין, און אָפט אויך -- 
אז דאָס גאנצע פּאָנעם זאָל ווערן איין פארלאָפן פּלעצל. 

ער איז אליין אויך אמאָל געװוען א באהעלפער, אָבער פון דער בא- 


339 


העלפערישער פּארנאָסע האָט ער ניט געקאָנט אזויפיל אױיסשלאָגן, וויפל 
פון געשלעגערײי. אין שטאָט איז דאָס מין געווען אָנגענומען. אין עקסטע 
פאלן האָט מען זיך אמאָל אויסגענוצט מיט עקסטע מיטלען. שמוליקל האָט 
ילִנגלװײַז אויך געהאט געהערט צו דער שטאָטישער כעוורע קײסאָרים- 
גאלאנטאָנעס, וועלכע האָט געלעבט פון ליידיק אומגיין, פון לאָזן טויבן, 
פון שלאָגן זיך צווישנאנאנדער, פון דעם, װאָס פארפירטע מיידלעך 
האָבן זי אויסגעהאלטן, און אויך דערפון, װאָס באלעבאטישע קינדער 
זײַנען פון זיי באשטײַערט געװאָרן מיט ער ויפל ס'קאָן צאָלן, לוט 
זײַן טאטנס מעגלעכקײַטן. אָבער איצט, ווען שוין נישט יונג (שוין בא 
די פערציק געוויס), האָט ער מער מיט קיין ייִנגלשע זאכן ניט צו טאָן 
געהאט, זײַנע אונטערנעמונגען --- ערנסטע, און נאָר פון ערנסט און פון 
קלעפּ האָט ער זײַן באצאָלטס באקומען און נישקאָשע פון פּארנאָסע גע- 
צויגן. ס'האָט אים געקלעקט אף א גוטן טרונק, איידער ער איז געגאנגען 
אף די קלעפּ, אויך נאָך דעם, װי ער האָט די קלעפּ שוין אָפּגעגעבן, און 
אויך אינמיטן ---אף ניט שלעכט צובײַסן. 

דאָס מאָל האָט אים געשיקט און געדונגען איינער א פּראָצענטניק, א 
ייַד ,קעצעלע". א קליינס, װאָס מע האָט דאָס פּאָנעם פון דער באָרד ניט 
ארויסגעזען און װאָס האָט געטראָגן, זינט די װעלט געדענקט אים, 
איינעם נאָר א האלב-אָפּגעריבענעם האלב-ווינטערדיקן מאנטל אָן קנעפּ, 
און אין די פרעסט און בייס ווינטן האָט אים שטארק ארײַנגעבלאָזן, און 
ער פלעגט זיך האלטן בא די פּארקנס, די פּארקנס זאָלן אים פאר דער 
קעלט פארשטעלן. 

א ווילדיקארגער, כאָטש מיט אן אייגענער שטוב און מיט א גרויסן 
פרוכט-גאָרטן לעבן דער לעוואדע, אָבער די שטוב איז שטענדיק געוען 
פארדונגען צו פרעמדע, און ער אליין האָט צוריק אָפּגעדונגען בא זי, 
בא די פרעמדע, בא די שכיינים זײַנע, א קליין פּיצל צימערל, װײַל 
מער דארף ער ניט: קיין װײַב --ניט, קיין קינדער --אויך ניט, אָדער 
עפשער יאָ, איז ער זיך מיט זיי צעגאנגען, האָט ער זיך פון זי אָפּנע- 
זאָגט, קעדיי ער זאָל זיי פארשפּאָרן שפּײַזן, און ער אליין האָט זיך גע- 
שפּײַזט דערפון, װאָס ער פלעגט בא א שכיינע זײַנער אמאָל זיך אײַנ- 
בעטן און איר געבן צושטײַער -- צו א װאָכעדיקן מאָלצײַט נאָר א שיבעש, 
צו א שאבעסדיקן -- עטװאָס מער, און מער האָט ער גאָרנישט ניט בא- 
דארפט, און דאָס איבעריקע, וי האָלץ, גאז און אנדערע קלײניקײַטן, האָט 
ער אָפט, ווען קיינער האָט ניט געזען, בא די אייגענע שכיינים געגאנוועט. 

האָבן, האָט מען געזאָגט, האָט ער געהאט זײַנע אייגענע קאן אלאָ- 
פים, נאָך מיט א מאסע זילבערנע קיילים און גאָלד דערצו. דאָס אלץ-- 
מאשקאָנעס, װאָס מע האָט בא אים פארזעצט, און װוען מע האָט אים דאָס 
געלט ניט אָפּגעגעבן, זײַנען די קיילים פארבליבן בא אים -- פארבאהאלטן 
צװישן קויטיקן װעש, אז קיינער זאָל אהין ניט ארײַנקוקן, אז קיינעם 
זאָל זיך אהין ניט גלוסטן א האנט ארײַנשטעקן, װײַל ,קעצעלעס? קוי- 
טיקס איז שוין געווען אזוינס, װאָס מיט א מײַל דערפון האָט מיט כאלאַ- 
שעס געשלאָגן און מעובערעסע װײַבער האָבן דערפון געקאָנט מאפּל זײַן. 


338 


דער סאָף איז געװוען, אז עס האָבן אים דערװאָרגן א קאָמפּאניע 
פאָרשטאָט-לײַט, װאָס האָבן בא אים קעסיידער אָפּגעדונגען דעם סאָד, און 
בא וועלכע ער פלעגט, אויסער דעם געצאָלטס פארן סאָד, אמאָל ארײַנ- 
כאפּן אויך א געשאנק, װי א פויל עפּעלע, א פוילע פלוים א ווערעמדיקע, 
און דערפון טאקע האָט ער א שטיק צײַט ארום סאָף זומער אָפּגעלעבט. 
באם ווארגן, זאָגט מען, האָבן די לײַט קיין איבעריקע מי ניט געהאט, 
װײַל ער --א קליינינקער, א שטענדיק ניט דערעסענער -- איז װאָס קלעקט 
ער פאר אזוינע? האָט ער זיך נאָר א קליינעם װאָרף געטאָן און האָט גלײַך 
די נעשאָמע אָפּגעגעבן מיט פּראָצענט -- מיט א פּיצעלע פּישטש דורכן מויל 
און מיט א קאָל דורך נאָך ערגעץ, און בא דעם זײַנען אויך יענע, די 
ווארגער, טאקע געבליבן.. װײַל צו די קיילים, װאָס צװישן שמאטעס 
און קויטיקן, זײַנען זי ניט דערגאנגען, מאכמעס זי האָבן זיך ניט גע- 
ריכט דערוף, אז אין אזא מיַעסקײַט זאָל זיך געפינען אזא גוטס. און 
געלט מעזומען איז בא אים אויך ניט געווען, אויסער נאָר וועקסלען אף 
גרויסע באָטוכים, װאָס נאָר בא זיי האָט ער זײַנע פּויטעקעס געהאט און 
געהאלטן, 

מוישע מאשבער איז געוען איינער פון זײַנע באלעכויוועס. אז 
,קעצעלע? האָט דערהערט, אז אין שטאָט און צװישן די זײַניקע --אויך 
אזוינע ,קעצעלעך"--- טראָגן זיך און גייען אום מעשונע קלאנגען ועגן 
מוישע מאשבער, האָט ער צוערשט ניט געגלייבט, װײַל ער אין אָפט 
געקומען מיטן האלב-אָפּגעריבענעם מאנטל אין קאָנטאָר געװווירע װערן, 
און געזען, אז גאָרניט, אז די קאָנטאָר איז קאָנטאָר; אָבער װאָס װײַטער, 
אז די קלאנגען האָבן אלץ ניט אופגעהערט, איז כאָטש דער זמאן פון 
זײַנע וועקסלען איז נאָך ניט געהאט אויסגעגאנגען, אזוי אז קיין געלט 
איז אים אינדערעמעסן נאָך ניט געקומען, דאָך האָט אים שוין גענומען 
אין קליינעם קויטיקן בײַכל צו ריזען, און ---צי די פוילע עפּעלעך האָבן 
אים פארשאדט, צי מאכמעס דער געדאנק פון אָנצוּװערן אזא פּױטעקע, 
אזא הרודע גאָלד האָט אים ניט געלאָזט רוען --נאָר צו יענער צײַט 
איז ער שוין אין די באנאכטן נישט געשלאָפן, איז אלעמאָל ארויס אין 
דרויסן און זיך געשטעלט צום פּארקן אף א נייטיקער קלײגיקײט, און 
בעשאס-מײַסע האָט ער די אויגן צום הימל פארהויבן, צו די הימלשע 
שטערן-מעזומאָנים, װאָס זײַנען אזוי קוראנט, װאָס קיינער קאָן צוֹ זײ 
ניט דערלאנגען און װאָס זעלטזעלטן נאָר פאלט פון זי אראָפּ װען 
איינער... ער האָט ניט געקאָנט שלאָפן, געזוכט אייצעס, ויַאזוי דעם זמאן 
פון מוישע מאשבערס וועקסלען צו דערנעענטערן, קעדיי ער זאָל ארויס 
פונעם כויוו צו דער צײַט און בעשאָלעם. ער האָט אָבער גאָרניט געקאָנט 
צוטראכטן, אויסער דאָס, װאָס ער טוט קעסיידער אין אזוינע פאלן מיט 
קלענערע באלעכויוועס, מיט װייניקער כשוּווים װי דער איצט, װי מוישע 
מאשבער, --- ער שיקט שמוליקלען... 

מערקווירדיק, װי אָט דאָס ,קעצעלע", װי אָט דאָס קליינע פּארשוינדל 
מיטן הײיזעריק-כריפּענדיקן קעלעכל, װי װען מע שפּילט אף א קעמל; 
דער, וועמען ס'פעלן קעסיידער די קנעפּלעך צום בורנעס אפילע אום 


21* 34 


ווינטער און ער טראָגט א שטריקל אָנשטאָט קנעפּ, עלעהיי אן אָרעם 
טרעגערל, און קעדיי דער וינט זאָל אים ניט אװעקטראָגן, האלט ער 
זיך קעסיידער בא א פּארקן, --מערקווירדיק, װי אָט דאָס פּארשוינדל 
האָט זיך גאָר מיט אזא, װי שמוליקל, געפּאָרט, ויַאזוי ער האָט אים גאָר 
אָפּגעזוכט, וי געפונען און ויאזוי ער האָט מיט יענעם וועגן אזוינע זאכן 
זיך גאָר געקאָנט צונויפרעדן. 

עמעס, ער פלעגט אויך שמוליקלען יעדעס מאָל װעלן אָפּנארן און 
בא אים האנדלען א מעציַע: ער װעט אים באצאָלן, הייסט עס, דערנאָך, 
ווען יענער װעט זײַן שעליכעס אויספילן. אָבער שמוליקל אין ניט אזא, 
װאָס לאָזט זיך. ער איז הארב, האָט געװוּסט זײַן װוערט, און יעדעס מאָל 
פלעגט ער איינעם און דעם זעלבן טנײַ נאָר אויסנעמען א טרונק פאר- 
פּריַער, א טרונק דערנאָכדעם, און קאך וועקאך: פאר דער מעלאַָכע-- 
פארן שלאָגן, הייסט עס. דערפאר אָבער, אז ,קעצעלע" איז שוין אף 
שמוליקלס באדינגונגען אײַנגעגאנגען, פלעגט ער צו שמוליקלען גאָר 
נאָענט צוטרעטן, אים צו זײַן אויער, װי אף א לייטער, זיך ארופדראפּען 
און ארײַנזאָגן אהין: 

-- איז געדענק זשע, שמוליקל: די נעשאָמע! די זעל! די קישקעס פון 
זיי! מײַן געלט, ראָצכים! ס'איז פארהאָרעוועטס, ביטער פארהאָרעוועטס... 
נישט דערגעסן, נישט דערשלאָפן... די נעשאָמע פון זיי!. 

דאָס מאָל אָבער, אז ,קעצעלע? האָט זיך מיט שמוליקלען וועגן מוישע 
מאשבער צונויפגערעדט, האָט ער אים אזוי געזאָגט: 

-- איז געדענק זשע, שמוליקל, װוּהין דו גײיסט! געדענק, מיט וועמען 
דו האָסט צו טאָן: נישט אָנרירן, קיין האנט נישט אופהייבן, סײַדן עפשער 
נאָר אף אין טיש א קלאפ טאָן. װײַל אינדערעמעסן קומט מיר נאָך קיין 
געלט, ס'איז נאָך דער זמאן נישט אויסגעגאנגען, נאָר אָנשרעקן דארף מען. 
מע זאָל זיך עס ניט האלטן פאר גרינג און מע זאָל זען, װער ס'וועט זײַן 
אף מײַן צאד, ווען איך װעל שוין טאקע בעעמעס דארפן און ווען ס'וועט 
די ריכטיקע נויט זײַן דערצו, 

אויך שמוליקלען אליין איז דאָס מאָל דאָס שעליכעס װײַט ניט אָנגע- 
נעם און אפילע פּריקרע געווען. ס'איז אים קײנמאָל נישט אויסגעקומען 
אין אזוינע כאָשעװו-געהויבענע הײַזער געשיקט צו װערן. דערצו נאָך איז 
ער קיין איבעריקער באלדאברען נישט געוען, און זײַן גאנצער קויעך 
איז דאָך באשטאנען דעריקער נאָר אין זײַן פויסט, װאָס מיט א זײַך- 
גלײַכן איז ער גלײַך דערמיט ארויס און גלײַך געפּױעלט. אָבער דאָ, אין 
דעם פאל, מיט מוישע מאשבער, װי הייבט מען אוף א האנט, ביפראט, 
אז ס'איז אים פון ,קעצעלע? אליין פארזאָגט און פארבאָטן געװאָרן 

ער איז דערום ארײַנגעגאנגען אין שטוב שוין א ביסל א פארלוירענער, 
און אליין די שטוב מיט דער גווירישער לופט, ליכט און לאָמפּן האָבן אף 
אים אזוי געװירקט צום אומדרייסטן, אז דרײַ פערטל שלעגערישן קוראזש 
האָט ער שוין פון יענער זײַט שװועל געמוזט לאָזן. 


? אזויפיל און אזויפיל, 


יט 


ס'איז געווען אפדערנאכט, ווען ער האָט אויסגערעכנט מוישע מאשבער, 
פון געשעפט אהיימקומענדיק, צו טרעפן, --אים און זײַנע איידעמס מיט 
אים. װאָלט זיך געװוען געמאכט, װי ס'מאכט זיך אלע אנדערע מאָלן 
ווען ס'געפינט זיך אן עליאָקעם אָדער א קאטערוכע אף דער קיך, אָדער 
אן אנדערער װוער פון די קאָנטאָר-לײַט און אָנגעשטעלטע אין שטוב, װאָלט 
דאָס װײַזן זיך פון אזא פּארשוין, װי שמוליקל, נישט אזא איבעראשנדיקן 
רוישעם געמאכט. אָבער גראָד הײַנט, ווען פון די אָנגעשטעלטע קיינער, 
אליין און אויג אף אויג מיט אזא פּארשוין, װאָס די גאנצע שטאָט קען 
אים און װאָס ס'איז גענוג געווען א קוק טאָן נאָר אף זײַן בעלמעוואטע 
אויג, קעדיי צו זען, אז מע האָט דאָ צו טאָן מיט אזא, וועלכער שטעלט 
זיך פאר גאָרנישט ניט אָפּ, ביז אפילע פאר רעציכע, --- איז דאָך אוואדע 
פארשטענדלעך, וי אלע האָבן אויסגעזען, דערזעענדיק שמוליקלען אין 
שטוב גאָר פּלוצעם. 

מ'האָט אים באלד א פרעג געטאָן, װאָס ער דארף, און זיך אים געבעטן 
זעצן. שמוליקל האָט געפאָלגט, און גלײַך שוין באם זעצן זיך האָט ער 
א זאָג געטאָן: 

-- כ'קום פון קעצעלען... פון קעצעלען קום איך... געלט. 

-- װאָסער געלט? -- האָט מען בא אים געפרעגט, נישט פארשטייענדיק, 
װאָס ער מיינט. -- מע איז אים, כאָלילע, עמעצער שולדיק? 

-- ניין, נישט מיר -- קעצעלען! 

-- איז װאָס קער ער זיך אָן מיט יענעם? יענער האָט דען קיין מויל 
ניט און קאָן אליין ניט זאָגן, אז מע איז אים שולדיק? 

-- איך... -- האָט דאָ שמוליקל אויסגעשריגן, -- הייס שמוליקל, שמו" 
ליקל הייס איך... די גאנצע שטאָט קען מיך, און איר דארפט מיך אויך 
קענען. איך גײי פאר יענעם, גיי איך.. 

שוין אליין שמוליקלס ועזן, װאָס האָט ארײַנגעבראכט אין שטוב 
די לופט פון זײַנע אמאָליקע פארלעגערטע באהעלפערישע בגאָדים, פון 
וועלכע ס'האָט געטראָגן א פארדומפּענער רייעך; אליין נאָר זײַן באנעם 
מיט זײַנע שלעכט-געוואשענע הענט, וועלכע האָבן אויסגעזען, װי בא א 
קאצעוו, מיט פארהארטעוועטע קנייטשן און פון בלוט פארבאקטן נישט 
גערייניקט, -- שוין אליין דאָס, זאָגן מיר, איז געװען גענוג, אז עמעצן 
פון שטוב זאָלן זיך די קישקעס אין בויך איבערקערן און װער מיט אן 
איידעלן כאראקטער זאָל דאָ װעלן ברעכן; ביפראט נאָך, האָבנדיק אזא 
פּארשוין אנטקעגן זיך נאָענט באם טיש זיצן און מוירע האָבנדיק, אז ער 
זאָל ניט ארויספאָרן מיט אזוינס, װאָס פון אזא איז זיך זיכער צו ריכטן -- 
איז דאָ אוואדע שוין א גענוגנדיקע סיבע געוװוען, אז אלע פּענעמער פון 
אלע בײַװועזנדיקע זאָלן מיטאמאָל, שוין בא זײַנע ערשטע װוערטער, בלאס 
ווערן, און אז בא אלע זאָלן באהאלטענערהייט די הענט און קניַעס נעמען 
ציטערן, און בא קיינעם זאָל קיין לאָשן אין מויל נישט סטײַען אאָ, 
אוואדע בא אלע. אליין נאָר מוישע מאשבער, װי דער עלטערער פון שטוב 
און צו וועמען שמוליקלס װאָרט איז געווען געווענדט, האָט זיך ווי-ניט-ווי 
געפונען אף אים אָפּצוענטפערן און אים אָט װאָס צו זאָגן; 


21--9 226 


-- איז זאָגט זשע אים, זײַט אזוי גוט, אײַער קעצעלען, און גיט אים 
איבער, אז ער איז א מיִעסער נעפעש --א מיִעסער ייַד און א מיעסער 
מענטש, און אז קיין געלט קומט אים נאָך ניט, און אז ס'וועט אים קומען, 
זאָל ער אליין קומען, און אז שעליכים זײַנען דאָ איבעריק, זאָגט אים... 

-- אונדזער געלט!--האָט דאָ שמוליקלען אין קאָפּ א שלאָג געטאָן 
דערמאָנענדיק זיך קעצעלעס שטענדיקן אָנזאָג ,די נעשאָמעס! די זעל פון 
זי!?. אָבער מאכמעס ער האָט איצט נישט געקאָנט מיט קיין הענט ארויס- 
פאָרן, איז ער, אלקאָלפּאָנעם, מיט א געשריי ארויס: 

-- אונדזער געלט! דאָס געלט זאָל אונדז זײַן--און דערבײַ האָט 
ער מיטן פויסט אין טיש אזא זעץ געטאָן, אז אלץ, װאָס האָט זיך אין 
שטוב געפונען פון גלאָז, פון קיילים, פון מעבל און אנדערע זאכן, האָט 
זיך מיטאמאָל אזוי צעקלונגען, אז אלע, וועלכע האָבן זיך געפונען אין 
אנדערע כאדאָרים, זײַנען אין עסישטוב ארײַנגעלאָפן, סזײַנען ארײַן 
אפילע די דינסטן פון קיך, יענע, װאָס זײַנען קיינמאָל אזוינס בא זייערע 
באלעבאטים נישט בײַגעװען און וועלכע האָבן דערפילט, אז עפּעס א 
צאָרע, אן אָנשיקעניש רוקט זיך אָן אף דער שטוב, װאָרעם בעעמעס: 
װאָס הייסט פרעמדע קומען אין טיש קלאפּן? און װער? אזא, װאָס מע 
װאָלט אים אן אנדערשמאָל אפילע אף דער שװעל און אף די אויגן ניט 
געלאָזט, איז מיסטאם קלאפּט ער דאָך ניט אומזיסט, מיסטאם קומט אים 
דאָך. 

-- װאָסי דאָרטן?! -- האָט זיך פּלוצעם פון א װײַטן אלקער א קאָל פון 
דער קראנקער נעכאמקען אהער אין עסישטוב ארײַן דערהערט. 

אלע זײַנען אנשוויגן געװאָרן. װער ס'איז באלד אװעקגעלאָפן זי צו 
בארויקן, איז אװעקגעלאָפן צו איר, אָבער מערסט זײַנען נאָכן קלאפּ 
און אויך נאָך שמוליקס פארלאָזן די שטוב אין עס-שטוב פארבליבן. מע 
האָט זיך איינס דעם אנדערן אין די אויגן ניט געקוקט, זאָגן זיך עפּעס -- 
האָט מען אוואדע ניט געזאָגט, װײַל דער קלאפ האָט נאָך בא אלעמען 
אין די אויערן געקלונגען, די צונגען װי געליימט, און פאר בושע האָט 
מען ניט געהאט װוּהין זיך אהינצוטאָן. 

א מאראָכע נאָך, װאָס קיינער פון פרעמדע איז אין שטוב דעמלט ניט 
געווען, מע זאָל די געשיכטע אפן גאס ארױסטראָגן. ס'איז אָבער גענוג 
געווען אויך דאָס, װאָס איז אין שטוב פארבליבן --דאָס, װאָס האָט 
געבראכט גיטעלען שפּעטער אינעם זעלבן אפדערנאכט, ווען זי איז מיט 
איר מוישען אין זייער אלקער ארײַן, מיט פארבראָכענע הענט און אין 
גרויס צאר צו אים צוטרעטן און צו אים זיך וענדן , מוישע, װוּ זײַנען 
מיַר אין דער װעלט? װאָס װעט דאָ זײַן? מע דארף דאָך עפּעס זען טאָן, 
זען אן אייצע"... דאָס האָט אויך געבראכט נאָכעם לענטשער, מוישעס ייג- 
גערן איידעם, ער זאָל שוין איצט אפילע אף זײַן װײַבס שלאפקײַט נישט 
קוקן און, נישט קאָנענדיק זיך אײַנהאלטן, צו אֹיר אין אלקער איצט 
ארײַנקומענדיק, מיט אן אָפּענעם און בייזן בורטשען פאר איר ארויס: הא? 
װאָס האָט ער געזאָגט? זי װייסט שוין, װער סאיז דאָ געװען, װער 
ס'האָט געקלאפּט, און װוּ ס'האלט שוין? פריער האָט מען אים, נאָכעמען, 


237 


נישט געװאָלט פאָלגן, ניט הערן, און איצט איז שוין אומזיסט און ארויס- 
געװאָרפן די רייד... און אפילע אזא, װי יאנקעלע גראָדשטײן, װי מוישעס 
עלטערער איידעם, װאָס בא אלע אומשטענדן, סײַ ווען גוט און סײַ ניט, 
איז אים קעסיידער די שטילקײַט אפן פּאָנעם, שװײַגט, און מע הערט 
פון אים קיין הויך קאָל ניט --אפילע אויך פון אים האָט איצט ארויס- 
גערעדט: 

-- שייפל האמאדרייגע... לעצט, שוין גאָר לעצט... 

אגעוו, יאנקעלע גראָדשטײן האָט זיך איצט, בא דער געלעגנהײַט, 
דערמאָנט א זאך, בא וועלכער ער איז הײַנט בײַגעװען, שטיײענדיק ניט 
װײַט פון א סאָכריש רעדל אין מארק. ס'איז דעמלט גראָד פארבײַגעגאן 
סרולי גאָל. אן אנדערשמאָל, ער קוקט זיך אום אף אים? דאָס מאָל אָבער 
האָבן זיך אלע צו אים א ווענד געטאָן, װי צו עפּעס א כידעש, און אין 
דער זעלבער מינוט האָבן אלע הינטנארום און אײַלנדיק געכאפּט א קוק 
אויך אף אים, אף יאנקעלע גראָדשטײן, גלײַך, װי יענעמס װײַזן זיך אין 
מארק האָט צו אים, צו יאנקעלען, גאָר א נאָענטע שײַכעס.. יאָ, אלע 
ווייסן שוין, אז זײַן שווער איז יענעמס א באלכויוו, אז ער איז אים שול- 
דיק געלט, און דעם אוילעם, האָט ער באמערקט, כידעשט ניט אזוי דאָס, 
װאָס יענער, סרולי, איז פּלוצעם גאָר רײַך געװאָרן, װי דעריקער דאָס, 
װאָס זײַן שווער, מוישע מאשבער, האלט שוין דערבײַ, אז ער איז אפילע 
צו אזא, װי צו סרולין, אָנגעקומען, 

-- געזען? -- האָט איינער שטיל אין רעדל ארײַן א זאָג געטאָן. -- ער 
גייט דאָך שוין ארום, גלײַך װי דער מארק איז זײַנער, גלײַך ער װאָלט 
דאָ א כיילעק ארײַנגעלײגט. 

-- אוואדע ארײַנגעלײגט, -- האָט געזאָגט א צוייטער, --װאָס זשע? 
צאלי דערבארעמדיקער רופט אפילע אָן די סומע, װאָס מוישע מאשבער 
האָט בא אים געל;ען, ער ווייסט עס אף זיכער, װײַל דאָס האָט ער אליין 
אים טאקע די האלװאָע נארײַעט, זי אליין אים אויסגעמעקלערט, 

-- װאָס זשע? ס'טרעפט, -- האָט ארײַנגעשטעלט א זײַטיקער, א דרי- 
טער, -- ס'טרעפט, אז א שלעפּער שלעפּט ארויס דאָס גרויסע געווינס, און 
א גוויר -- דעם נומער ערגער. 

מע האָט גערעדט אין דער אָנװעזנהײַט פון יאנקעלע גראָדשטײן 
פארלאָזנדיק זיך אף זײַן באװוּסטער פארשעמטער און א ביסל לעקעשע- 
וואטער אָרנטלעכקײַט, װאָס מע האָט געװוּסט, אז וויבאלד ער װעט דער- 
הערן, אז די רייד גייט וועגן אים אָדער וועגן זײַנע נאָענטע, װעט ער 
אליין דעם אוער אָפּקערעװען און װוי װײַט מעגלעך זיך ניט הערנדיק 
מאכן. דאָס האָט מען אזוי גערעדט, װען מע האָט נאָר דערזען סרולין, 
הײַנט װאָס װאָלט מען שוין געזאָגט, װען מע דערװויסט זיך די מײַסע 
שמוליקל, 

-- שייפל האמאדרייגע... שלעכט, לעצט שלעכט,--האָט איצט שין 
אפילע פון יאנקעלע גראָדשטײנען ארויסגערעדט. 

ערגער אָבער, װי אף אלע אנדערע, האָט די מײַסע שמוליקל געווירקט, 
נאטירלעך, אף מוישע מאשבער אליין, װאָס גלײַך װי יענער, װי שמו- 


338 


ליקל, איז ארויס פון שטוב, אזוי האָבן אלע באמערקט, וי פון גרויס 
געפּלעפטקײַט און איבעראשונג איז אים עפּעס פּלוצעם א פול מויל מיט 
זאָגעניש און פּסוקים אָנגעקומען: ער האָט זיי קימאט אין אן אומבאװוּסט- 
זיניקן צושטאנד ארויסגעבראכט, װי א מענטש, ווען אלע אינערלעכע 
קנופּן זײַנען אים לויז געװאָרן, און ער ווייסט ניט, װאָס ס'געשעט מיט 
אים, און ער איז אויס באלעבאָס אף זיך. מזמור לדוד בברחו מפּני אבשלום 
בנו. ה' מה רבו צרי!, -- האָט ער געזאָגט, -- סמר בשרי מפּחד, ממשפּטיך 
יראתי...?. אשא עיני אל ההרים: מאין יבוא עזרי? -- אזוי איינס נאָך איינס, 
נישט אין סיידער און נישט אין אָרדענונג, נאָר צוזאמענגעמישט, שטיק- 
לעך פּסוקים פון פארשיידענע ערטער, װאָס זײַן צעדולטקײַט האָט אים אין 
מויל ארײַנגעגעבן. און מיטאמאָל האָט ער זיך געכאפּט: װאָס איז דאָס? 
װאָס טוט ער און װאָס זאָגט ער? און ער האָט מיט דער רעכטער דלאָניע 
זיך דאָס מויל און די ליפּן פארשטעלט, א קוק געבנדיק בעשאס-מײַסע וי 
פארשעמט אף די בניי-באיס, װאָס האָבן אים ארומגערינגלט און װאָס 
האָבן אים אין גרויס אנגסטן און אין פארלױירנקײַט דערזען. ער האָט זיך 
מיטאמאָל אופגעהאלטן פון צו זאָגן, אָבער דער ביזאָיען און ווייטעק איז 
דערפון ניט װייניקער געװאָרן. באזונדערס איז זײַן צאר געווען גרויס, 
זיך דערמאַנענדיק, װי דאָס קאָל פון זײַן קראנקער טאָכטער האָט זיך 
דערטראָגן פון װײַטן אלקער, יענץ קאָל, פון וועלכן ער האָט נאָך מער 
אופגעציטערט, װי פון שמוליקלס קלאפּ. װײַל אף װאָס אף װאָס, נאָר 
אף אזא זאך, אז זײַן טאָכטער זאָל אים קראנק זײַן און ער זאָל זי 
אפילע פון אזוינעם, װי פון א שמוליקל, נישט קאָנען באשיצן --אף 
װאָס אף װאָס, נאָר אף אזוינס האָט זיך מוישע מאשבער געוויס נישט 
געריכט. דאָס איז שוין געוויס לעצט און שייפל האמאדרייגע.. און א 
געדאנק איז אים דערבײַ דורכגעלאָפן, אז דאָס אלץ, װאָס ס'איז דאָ נאָר- 
װאָס געשען, איז דאָך ערשט אן אָנהײב און א גאָרנישט קעגן דעם, װאָס 
דארף ערשט פאָרקומען. דאָס איז דאָך דערװײַל דער ערשטער קלאפּ, אי 
דאָס א נישט בארעכטיקטער און אזא, וועלכער לאָזט זיך נאָך אָפּװענדן 
און דעם פּארשוין, װאָס קלאפּט, פון שטוב מעשאלייעך זײַן; אָבער װאָס 
װעט שוין זײַן שפּעטער, ווען די עמעסע און בארעכטיקטע וועלן שוין 
קומען, ווען אלע, װאָס ס'קומט זיי, װעלן זיך מיטאמאָל אין שטוב אָניאָגן, 
און טײַנען װעט זײַן אומעגלעך, און קיין װאָרט צו אייגענער בארעכטי- 
קונג און צו אייגענער פארענטפערונג װעט זיך ניט געפינען, און אלע 
זיי װעלן שוין ארויס מיט קלעפּ און מיטן הויכן מאָנערישן לאָשן. 

ער האָט אף זײַן איידעם נאָכעמען א קוק געטאָן און דערזען, אז יענער 
װעט זיך ניט אופהאלטן און באלד שוין צו זײַן קראנקן װײַב אין אלקער 
ארײַנקומען, אף דער לאגע זיך צו קלאָגן; אויך אפן צוייטן איידעם-- 
א קוק, און ער האָט פון יענעמס ליפּן זײַנע באדויערונגס-יווערטער אראָפּ- 

: א געזאנג צו דאָװוידן, װען ער איזן אנטלאָפן פאר אװישאָלעמען זײַן זון. 
גאָט, װי פיל זײַנען מײַנע פּײַנט... ? ס'גרוילט מיר דאָס לײַב פאר שרעק, פאר 


דײַן מישפּעט פאָרכט איך מיך; * כ'הייב אוף די אויגן צו די בערג: פונוואנען קומט 
מײַן הילף? 


339 


געלײענט; אויך אֹף גיטעלען --און ער האָט פארשטאנען, מיט װאָס זי 
װועט אים הײַנט, פארן שלאָפן גיין, באגעגענען אין אלקער, און ער האָט 
ניט צו זײַן אייגענער און ניט צו קיינעמס טרייסט גאָרנישט ניט געהאט, 
אויסער נאָר דאָס, װאָס זײַן שטערן איז אים שטארק בלאס געװאָרן, אויך 
די שפּיץ נאָז, און א שטיק צײַט דערנאָך האָבן זיי צו זייער נאטירלעכער 
מארע און קאָליר ניט געקאָנט קומען, און אויסער אויך דאָס, װאָס פון 
יענעם מאָמענט אָן זײַנען פאר אים, פאר מוישע מאשבער, אייגנטימלעך 
געװאָרן אזוינע טריט און גענג און אזוינע זעלישע צושטאנדן, װאָס בא 
אזא, װי ער, איז זיך דאָס פריִער פאר קיין פאל ניט געװען צו מאָלן 
און זיך ניט פאָרצושטעלן. 

וי אָט, לעמאָשל: 

ווען אין דעם זעלבן אפדערנאכט, אז ער איז מיט גיטעלען אין אלקער 
ארײַן, און זי האָט מיט אים געװאָלט האָבן דעם ערנסטן געשפּרעך, האָט 
ער זיך פון איר אויסגעדרייט מיט א טערעץ: אז זי זעט דאָך, אז ער אין 
איצט ניט דערבײַ, אז דער קאָפּ איז ניט זײַנער, ער טוט אים שטארק 
וויי, אזוי אז ער איז ניט ביעכוילעס און ניט אימשטאנד אצינד, און ער 
בעט זי, אז זי זאָל אלץ אף מאָרגן אָפּלײגן און דערװײַל גיין שלאָפן; 
און אז זי האָט זיך געלייגט און איז, סאָפקאָלסאָף, אנשלאָפן געװאָרן, אין 
ער אראָפּגעגאנגען און שטילערהייט, אין די שטעק-שיך, פריַער אין אל- 
קער, דערנאָך אויך אין אנדערע צימערן, וי אין עסישטוב, װוּ קיין 
מענטשן שלאָפן נישט, עפּעס אומגעגאנגען, דערנאָך איז ער ווידער צוריק 
אין אלקער ארײַן און זיך גאָר צום פענצטער געשטעלט און אין נאכטיקן 
דרויסן גענומען ארויסקוקן. 

א נאכט האָט זיך דעמלט אויסגעגעבן מיט א פארשפּעטיקטער סאָף- 
כוידעשדיקער לעװאָנע פון צװישן כמארעס. די הארבסטיקע באנאכט- 
שטילקײַט האָט ארויסגעקוקט פון צװישן שיטערלעכע און צעיוירענע 
הימלשע װאָלקןינעצן. אלץ האָט אויסגעזען אין האלב-שײַן מעטושטעש 
און צעשװוּמען, און ביפראט נאָך פאר אזא, װאָס האָט אף יענער שײַן 
ארויסגעקוקט דורך א פענצטער. 

און פּלוצעם האָט מוישע מאשבער, אזוי דורכן פענצטער ארויסקוקנ- 
דיק, דערזען שטיין א מענטשן אין הויף. ער איז ניט איבעריק זיכער 
געווען, ער האָט זיך אויך ניט פארװוּנדערט און זיך אויך ניט געשראָקן, 
וי אן אנדערשמאָל, ווען אזא זאך מאכט זיך, ווען ער װאָלט זיך צוערשט 
געפרעגט: װאָס טוט א פרעמדער בא אים באנאכט אין הויף? װאָס דרייט 
ער זיך און װאָס דארף ער?--ניין, דאָס מאָל האָט ער זיך געהאלטן 
רויַק, און אָט די רויַקײַט האָט אים אויך געהאָלפן גלײַך דעם מענטשן 
צו דערקענען: אלטער... און ער האָט גלײַך א טראכט געטאָן יאָ, דאָס 
איז ער, װאָס נאָך יענעם געשפּרעך, דעם לעצטן, װאָס זיי האָבן צװישן 
זיך געהאט, האָט ער, מוישע, אים גאָר פון זינען ארױיסגעלאָזט, און 
יעדעס מאָל, װען ער באגעגנט אים די לעצטע צײַט צופעליק, מאָנט 
יענער װי בא אים דאָס, װאָס ער, מוישע, האָט אים בייסן געשפּרעך פאר- 
שפּראָכן, און נעמלעך: אז ער װעט זען עפּעס צוטראכטן פאר אים, פאר 


340 


אלטערן. ס'איז אים אויך קלאָר געװוען, אז אלטער מאכט איצט זײַנע 
באנאכטיקע שפּאצירן אין הויף, װײַל באטאָג איז אים אומבאקוועם, בא- 
טאָג און פאר מענטשן פילט ער זיך געענגט און ניט איבעריק זיכער, און 
באנאכט שטערט אים קיינער, און ער מאכט זיך, שפּאצירנדיק, קלאָר זײַן 
לאגע און טוט אויך זײַן פארנעפּלטן מויעך דורכלופטערן. 

און פּלוצעם האָט מוישע דערפילט, וי גלײַך קיין מעכיצע אין ניטאָ 
צװישן אים און אלטערן, גלײַך קיין וואנט און קיין פענצטער טיילן אים 
ניט אָפּ פון יענעם, און ס'האָט אים אויך געדאכט, אז אזוי װי ער קוקט 
איצט אף אלטערן, און זעט אים א שטייענדיקן אין הויף, אזוי קוקט 
יענער, אלטער, אויך אף אים און זעט אים א האלב-אָנגעטאָנענעם דורכן 
פענצטער ארויסקוקן. מעגלעך, אז אזוי איז דאָס טאקע געווען, װײַל אלטער 
איז מיטן פּאָנעם צום פענצטער אויסגעקערעװועט געשטאנען. 

אין דער מינוט איז סײַ אלטערן אין דרויסן סײַ מוישען אין שטוב 
װי עפּעס א קעלט דורך די ביינער אדורך;: אין דער מינוט האָט אף א 
צופעליקן אויפן דער לעװאָנע געגליקט מיט עטװאָס א גרעסערער און 
העלערער שײַן פון צװוישן די װאָלקנס זיך באװײַזן; און אין דער זעלבער 
מינוט האָבן סײַ אלטער סײַ מוישע עפּעס א קאָל דערהערט פון א מענטשן, 
ניט קיין מענטשן, פון א הונט, נישט קיין הונט, נאָר געקומען איז דאָס 
פון לעבן מיכאלקעס שטיבעלע פון דער הונט-בודקע ארויס. דאָס איז 
געווען פונעם הונט , קייטלזייגער", װאָס געוויינלעך און א גאנץ גייענ- 
דיק יאָר איז ער אָן א קאָל, נאָר איצט, באנאכט, ווען קיינער הערט ניט, 
ביפראט הארבסט, ווען א לעװאָנע רײַסט זיך פון צווישן װאָלקנס, וועלנדיק 
כאָטש מיט א קליין ביסל שײַן ארויסקומען, און, זעלטן-זעלטן, נאָר אף 
געציילטע צופעליקע מינוטן, גליקט עס איר אמאָל, -- דעמלט, װײַזט אויס, 
באקומט ער עס, דאָס קאָל, און קומט מיט דעם ארויס פון די הינטישע 
געדערים שטארק ווייטעקדיק און פארדומפּן. אן אנדערשמאָל הערט אים 
קיינער --מע שלאָפט. אן אנדערשמאָל האלט ער געוויס אויך ניט פאר 
נייטיק דאָס איבערצוכאזערן, נאָר באנוגט זיך מיט איין מאָל, צוויי מאָל 
דאָס ארויסברומען: איצט אָבער, ווען ער האָט דערזען שטיין א מענטשן 
אין הויף, א מענטשן אן אומגייענדיקן באנאכט, כאָטש אפילע אן אייגע- 
נער, וועלכער איז אים א ביסל אויך באקאנט, און דערצו נאָך האָט ער 
מיַטן הינטישן כוש דערפילט אויך א צוייטן, זײַן באלעבאָס אנטקעגן 
יענעם אין פענצטער א שטייענדיקן, --האָט ער זיך שוין אוואדע גאָר 
צעלאָזט, און פון זײַן גאנצן פארבאָרגענעם בויך-אינגעווייד האָט ער א 
לאנגע און שטומע ריי קוילעס און געװויען ארויסגעגעבן. 

דעמלט האָבן זיך ביידע ברידער פון די ערטער גערירט: אלטער פו- 
נעם אינדרויסן שטיין, און מוישע פון לעבן פענצטער. װאָס אלטער האָט 
װײַטער געטאָן -- ווייסן מיר ניט, נאָר מוישע איז גלײַך צוריק אף זײַן 
געלעגער ארוף -- צי אף שלאָפן, צי אף וידער וואך זײַן--ווייסן מיר 
װײַטער ניט, נאָר צי יאָ, צי ניין, אָבער קייטלזייגערס װויען האָט אים 
נאָך לאנג אין די אויערן געקלונגען --א דערמאָנונג אפן ניט גוטן הײַנט 
און א סימען אף מאָרגן, װײַזט אויס, אויך ניט אף קיין בעסערן. 


241 


יאָ, אויך אף מאָרגן ניט בעסער, און אז מוישע מאשבער איז דעם 
צווייטן אפדערנאכט ווידער פון געשעפט אהיים געקומען א דערשלאָגענער 
און איז נאָכן טאָג ארײַן צו דער טאָכטער געוווירע וערן, האָט ער מער 
ניט געקאָנט, װי א װײַלע לעבן איר שטיין, זי באטראכטן און זען, אז 
איר לאגע איז װײַט פון גענעזן, און דאָך האָט ער מער פאר איר קיין 
ווערטער ניט געהאט, וי נאָר איר א זאָג טאָן: ,ס'גייט דיר, דאכט זיך, 
א ביסל בעסער, טאָכטער", און באלד גלײַך פון איר אָפּגעגאנגען, קעדיי 
איר צאר ניט צו זען. 

ער איז באלד צוריק ארײַן אין עס-שטוב, װוּ קיינע פרעמדע זײַנען 
ניט געווען, װײַל די לעצטע צײַט האָבן זיך געשעפט-לײַט וי אָפּגערעדט, 
זיך פון דער שטוב אָפּגעװאָרפן און אהין זיך ניט געויזן מע האָט גע- 
װוּסט, אז פון נײַע געשעפטן קאָן קיין רייד ניט זײַן, און אז אויך די 
אלטע זײַנען גענוג שאָפל; אויך קיינע געלט-מעקלערס און קאָנטאָר- 
אָנגעשטעלטע זײַנען ניט געקומען, סײַדן נאָר אמאָל דער קאסיר און 
געלטינעמאָן ליבערזאָן, אי דאָס אויך ווען ער האָט באדארפט באזונדערס 
נייטיק. 

די טירן האָבן דערום וי אָפּגערוט, די װענט פון שטוב האָבן זעלטן- 
ווען באגעגנט א פּאָנעםיכאדאָשעס. אזוי, אז מ'האָט געקאָנט זיכער זײַן, 
אז ווען מע זעצט זיך צום טיש אליין, װעט מען שוין אליין אויך פאר- 
בלײַבן, די אויגן צו דער טיר ניט ווענדן און פארשפּאָרן א נײַ-אָנגעקו- 
מענעם צו באגעגענען, אויסער עפשער נאָר אין אויסגענומענע פאלן, וי 
נעכטן, לעמאָשל, שמוליקל שלעגער, און הײַנט --מאלקע-ריווען. 

זי איז ארײַן ניט אליין, נאָר מיט עפּעס א זאך מיט א װײַסן לײַלעך 
איבערגעדעקט. געוויס, עפּעס א מין מאלבעש, װאָס מע האָט געזען, אז 
ער איז איר זייער טײַער, װײַל זי טראָגט אים געהיט און באזונדערס 
פאָרזיכטיק. 

זי איז ארײַן דורך דער קיך, און שוין ארײַנקומענדיק אהין, איז איר 
עפּעס דאָס מאָל די קיך נישט געפעלן. אלעמאָל באגעגנט זי דאָרט א 
דינסטן- און מעשאָרסים-געזעמל--- מע שטיפט, מע לאכט, מע קריגט זיך, 
און ס'איז א גרויס אָנגעשטעל פון קיילים, פון יאָ- און ניט-געוואשף 
דאָס מאָל -- עפּעס ניט, גלײַך דער קיך-גײַץ װאָלט געווען ארויסגעצויגן, 
און גלײַך װי עפּעס נאָך א יאָמטעו, וען מע איז מיד און אָפּגעלאָזןף 
אויך די שטוב הײַנט נישט װי אלעמאָל: צי די לאָמפּן ברענען עפּעס 
אנדערש, צי די װוענט טינקעלער, צי די פּענעמער זעען אזוי אויס; זי 
װאָלט אויך געמעגט שװוערן, אז זי פילט עפּעס א רייעך, װי פון קאנפער 
אָדער פון אנדערע רעפועס, װאָס טראָגן זיך פון א װײַטן כוילע אין א 
װײַטן צימער ערגעץ. 

זי איז א ביסל אָפּהענטיק געבליבן. זי איז איצט געקומען אהער מיט 
אן איניען, װי אינעם איינציקן אָרט, װוּ אזוינע איניאָנים קאָנען צו איר 
גונסטן געלייזט װערן, זי איז געקומען איר זיסיעס טכוירענעם טולעפּ צן 


242 


פארזעצן --אהער, ניט צו די װאָכערניקעס, װאָס, ערשטנס, גיבן יענע 
פאר אזוינע זאכן א שיבעש: און צווייטנס, װײַל אויב א מאלבעש צי אן 
אנדער זאך פאלט אמאָל ארײַן פארמאשקנט צו זיי, איז אויב מע פאר- 
שפּעטיקט דעם זמאן און מע ברענגט זיי ניט דאָס געלט צו דער צײַט, 
פארקויפן זיי אים גלײַך, אָדער לאָזן אים פאר זיך פארן שפּאָטיװײניק 
אנטללענעם, און מע זעט זיך שוין ניט מיט דעם אֹף פארפאלן און אף 
לעוילעם-װאָעד1, 

זי איז געקומען אהער, וי אלעמאָל, מיט די אוירינגלעך און מיטן 
שלייער, װײַל דאָ װעט מען זיך מיט איר זיכער אנדערש באגײן: אי 
זי װעט דאָ מער באקומען, אי דער כייפעץ, דאָס מאלבעש, װעט זײַן 
זיכער, ווען עפשער, אז גאָט װעט העלפן, און זי װעט אים קאָנען צוריק 
אויסקויפן. 

באזונדערס איז זי איצט זיכער געווען אינעם דערפאָלג פון איר גאנג 
אהער נאָך דעם, װי מע האָט מיט איר, וי באװוּסט, נאָך זיסיעס שלאף 
ווערן, אזוינע טויוועס געטאָן: װי גלײַך נאָך זײַן אוועקלייגן זיך האָט 
מען דאָך איר פון אָט דער שטוב, פונעם רײַכן קאָרעו, אן אומזיסטיקן 
דאָקטער באשטעלט, ער זאָל אלעמאָל, ווען מע װעט דארפן, ארײַנפאָרן; 
דעם קאצעוו באצאָלט, מע זאָל בא אים פליש באקומען; אויך דעם 
קלײיטניק פאר שפּײַז באצאָלט. און דאָס אלץ --אליין און אומגעבעטן 
הײַנט איצט, ווען זי קומט נאָך מיט אזא זאך, מיט מעזומען, מיט אזא 
כייפעץ, װאָס איז נאָך קימאט נײַ, װײַל זיסיע, װאָס איזן א גרויסער 
אָפּהיטער, האָט אים קימאט ניט גענוצט, ניט געטראָגן, און װאָס פון אלע 
פארזעצטע און פארמאשקנטע כפייצים און זאכן אין שטוב, װאָס איז נאָך 
מעגלעך געװעַן צו פארזעצן, איז ער איר דער לעצטער געבליבן, דער 
טײַערסטער, װאָס מע האָט אים געהיט, װי דאָס אויג אין קאָפּ, --הײַנט 
אף אזא זאך װעט זי דאָך געוויס ניט אָפּגעזאָגט באקומען, און אי זי 
װעט דאָס פּאָנעם ניט דארפן שווארצן פאר יענע, פאר די װאָכערניקעס, 
אי אויך, װי געזאָגט, דאָס באקומענע און דאָס געליענע װעט זײַן פיל 
גרעסער, וי נאָר מעגלעך ערגעץ אנדערש. 

יאָ, זי איז דערום ווידער אין די אוירינגלעך און אין שלייער... אָבער 
פארװאָס פילט זי, װי גלײַך זי װאָלט הײַנט עפּעס נישט אין דער ריכטי- 
קער צײַט געטראָפן? פארװאָס זעט זי, אז גלײַך קיינע פרעמדע זײַנען 
דאָ איצט ניט איבעריק געװוּנטשן, און גלײַך אלע אין שטוב, --- אָנהײבנ- 
דיק פון דער קיך, פון די מענטשן אין שטוב און פון דער שטוב אליין-- 
זײַנען װי איצט קיינעמס באזוך נישט גערן? 

אזויווי אָבער זי איז שוין דאָך געקומען, און אזויווי איר טײַערער 
אַנהאלט, דער לעצט-אויסבאהאלטענער כייפעץ, איז מיט איר, האָט זי זיך 
געשטארקט און האָט זיך אפילע דאָס מאָל נעענטער, וי געוויינלעך, לעבן 
מוישע מאשבערס שטול צוגעזעצט און אויך א היימישערן נייג זיך געטאָן 
צו אים. 


1 אף אײביק. 


343 


-- ערשטנס, מוישע, וויל זי אים אָפּדאנקען פאר אלעם דעם, װאָס ער 
האָט מיט איר ביז אהער געטאָן, זי מיינט: דעם דאָקטער, דעם קאצעוו און 
דעם קלייטניק, װאָס ער האָט זיי אף א שטיק צײַט פאָרויס באצאָלט און 
אזויארום איר קראנקן און איר גאנצע שטוב באם כײַעס דערהאלטף 

-- װאָס? -- האָט מוישע מאשבער א פרעג געטאָן פארװוּנדערט. -- װאָס 
פאר א דאָקטער, װאָס פאר א קאַצעװ און װאָס פאר א קלײטניק? ער 
ווייסט ניט, װאָס זי רעדט און הייבט ניט אָן צו וויסן. 

-- װאָס הייסט, ער ווייסט ניט? װאָס ווייסט ער ניט? אז אָט די אלע 
האָבן בא איר א שטיק צײַט קיין געלט ניט באקומען --נישט דער דאָק- 
טער פאר זײַנע באזוכן און נישט דער קאצעוו און קלייטניק פארן 
פלייש און שפּײַז, װאָס זי האָט בא זיי אומזיסט צוגעשטעלט געקראָגן? 
אַדער עפשער ויל ער ניט, אז אנדערע זאָלן װיסן, --האָט דאָ מאלקע- 
ריווע פון איר טאָן אראָפּגעלאָזט, זיך ארומקוקנדיק, גלײַך זי װאָלט גע- 
װאָלט, אז אלע בײַװעזנדיקע זאָלן זייערע אויגן אָפּװענדן פון איר און 
פון מוישען, װאָס, מעגלעך, מאכמעס אניוועס, װויל ער פאר אזוינע זאכן 
פאר אלעמען אין די אויגן ניט באדאנקט װערן, --עפשער ויל ער, אז 
ס'זאָל בלײַבן א סאָד, װי אלע די, װאָס גיבן מאטן-בעסייסער, דאָס הייסט, 
צדאָקע פארשטעלט? 

-- װאָסער צדאָקע? און װאָסער פארשטעלט? -- האָט זיך דאָ מוישע נאָך 
מער פארװוּנדערט. --אז ער וייסט ניט און הייבט ניט אָן פארשטין, 
ער דער געבער און ער דער באל-צדאָקע: אלנפאלס, אויב עמעצער 
האָט יאָ געגעבן, איז דאָס ניט ער און אויך ניט קיינער, דאכט זיך, פון 
די זײַניקע, װאָס זיצן באם טיש דאָ. 

-- הא?-- האָט ער, קעדיי זײַן װאָרט צו באשטעטיקן, מיט א בליק 
צו זײַנע שטוב-לײַט זיך געווענדט. 

צוערשט צו גיטעלען, װאָס איז ניט װײַט פון אים בייסן געשפּרעך 
געזעסן. 

-- ניין, -- האָט יענע זיך מיט די אקסל וי אָפּגעשאַקלט. 

-- איז עפשער אן אנדער וער?-- האָט ער װײַטער געפרעגט. 

-- ניין, קיינער; אפילע ניט אזא, װי יאנקעלע גראָדשטײן, װאָס אין 
זײַן שטייגער איז דאפקע יאָ געווען אמאָל שטיל און צײַטן-לאנג אויס- 
צוהאלטן געפאלענע און יאָרדים אף א פארשטעלטן אויפן, --- אויך ער ניט; 
יאנקעלע גראָדשטײן האָט דאָס מאָל זיך אָפּגעזאָגט, און איז אפילע רוט 
געװאָרן דערפון, װאָס מע איז אים כוישעד אין אזא זאך, אין וועלכער 
ער איז גאָרניט שולדיק. 

-- איז װער זשע? --האָט זיך דאָ מאלקע-ריווע ארומגעקוקט און איז 
מיט איר דאנק וי אינדערלופטן הענגען געבליבן.. 

-- הא?-- האָט זי װי מיט זיך אליין ריידן גענומען. --איז אויב אזוי, 
איז עפשער אויך דאָס פון יענעם? 

-- פון וועמען? 

-- פון דעם, װאָס ער, מוישע, קען אים. פון דעם, װאָס אלע קענען 
אים, װײַל ער איז אן ארײַנגײער צו אלע; פון יענעם, װאָס מוישע, אויב 


444 


ער געדענקט, האָט אין יענעם אפדערנאכט, ווען זי איז צו אים דאָס 
ערשטע מאָל געקומען נאָך זיסיעס שלאף-ווערן, מיט אים א שטיק סיכסעך 
געהאט, האָט אף אים אָנגעשריגן און אים פון שטוב ארױסגעיאָגט. איז 
עפשער אויך דאָס פון אים? 

-- און װאָס דען נאָך? 

און דאָ האָט מאלקע-ריווע דערציילט, װאָס א שטיק צײַט דערפריער 
האָט מיט איר מיט יענעם שוין איינמאָל געטראָפן. זי האָט דערציילט, װי 
יענער, סרולי, האָט זיך אינמאָל אין איינעם א פרימאָרגן בייסן יאָר- 
יאריד, דאכט זיך, באוויזן אף איר שװעל מיט א גרויסװערטיקן פּאפּיר- 
געלט אין דער האנט און געזאָגט, אז בא איר שװועל האָט ער דאָס אופגע- 
הויבן און לעבן איר שטוב עס געפונען. זי האָט זיך צוערשט דערפון 
אָפּגעװאָרפן, װײַל פונוואנען קומט צו איר צו פארלירן? אָבער יענער האָט 
זיך געאקשנט און געטײַנעט, אז אויב ניט אירס, איז װועמענס דען, אז 
זײַנס איז דאָס געוויס ניט... ער איז גראָד, האָט ער געזאָגט, איר שטוב 
פארבײַגעגאנגען, האָט ער אף דער שװעל א קוק געטאָן, דאָס דערזען, 
און ער גיט דאָס אָפּ, צו וועמען ס'געהער געוויס -- צו דעם, װאָס די שװועל 
איז זײַנע... און אז זי, מאלקע-ריווע, האָט זיך געקווענקלט און דאָס אלץ 
ניט געװאָלט נעמען, האָט ער זיך אֹף איר שוין גאָר צעשריג: ,ניט? 
זי װיל ניט? איז זאָל זי דאָס ווארפן פאר די הינט, אפן גאס, זאָל זי 
טאָן מיט דעם, װאָס זי װויל, פארטיילן אָרעמעלײַט, זאָל זי.." זי האָט 
געזען, אז געפונען האָט ער דאָס טאקע ניט, אָבער קיין גנייווע און קיין 
קישעף אויך ניט, ---און זי האָט זיך געשראָקן און דאָס פאָרט גענומען, 
און אוואדע איז דאָס איר זייער צוניץ געקומען. איז הא? איז עפשער 
אויך אלעס איבעריקע פון אים, פון יענעם? הא, וי מיינט מען? וי 
מיינט מוישע, און װוי מיינען אלע? 

-- ער מיינט? -- האָט דאָ מוישע עפּעס מעװוּלבל און װי ניט הערנדיק, 
װאָס ער רעדט, א זאָג געטאָן. ---ער מיינט, אז יאָ, אז געוויס ער, אז 
געוויס דער, װײַל װער דען אנדערש?--און פּלוצעם האָט ער זיך פון 
זײַן שטול א הייב געטאָן, און אלע בײַװעזנדיקע האָבן באמערקט, וי ער 
האָט זיך מיטאמאָל עפּעס א קרענקלעכן כאפּ געטאָן פארן האלדז, פארן 
קארק, גלײַך עפּעס א פליג האָט אים אן אומגעריכטן ביס געטאָן, אָדער 
אן אנדער מין באשעפעניש האָט זיך אים דאָרט אוועקגעזעצט. מע האָט 
באמערקט, אז ער האָט אפילע דעם קאָפּ אויסגעקערעוועט, וי צו זען 
און זיך איבערצײַגן, צי זיצט אים דאָרט טאקע ניט עפּעס אָדער עמעצער. 

-- און װאָס האָט זי איצט געװאָלט, מאלקע-ריווע?-- האָט ער ווידער 
מעװווּלבל גלײַך נאָכן אופכאפּן זיך פון דעם שטול בא איר א פרעג געטאָן, 
און מע האָט װוידער געזען, אז זײַנע אויערן הערן ניט, װאָס דאָס מויל 
רעדט. 

-- זי האָט געװאָלט?.. זי איז געקומען מיט א מאלבעש צו פארמאש- 
קענען, װײַל די ביזאהעריקע אויבן דערמאָנטע כסאָדים האָבן זיך איר 
אױיסגעלאָזט. און זי האָט דאָס מאלבעש געבראכט אהער, װײַל די װאַ- 
כערניקעס, וי באװוּסט, זײַנען הויט-שינדער, און דאָ װעט מען אוואדע 


349 


אנדערש שעצן איר מאלבעש, און זי װעט דאָ פיל מער ארויסקריגן, װי 
בא יענע. 


-- אוואדע מער! אוואדע, װי בא יענע!--- האָט מוישע מאשבער אירע 
ווערטער נאָכגעבאָמקעט, און די אייגענע האָבן דערבײַ דערזען, װי ער 
האָט מיטאמאָל גענומען זיך ארומזוכן, גלײַך ער איז גרייט, נישט קוקנדיק 
אפילע אפן מאלבעש, באלד מיט דער מאטבייע ארויסצוקומען צו איר, 
צו מאלקע-ריווען. 

ער האָט געזוכט פריִער אין די זשיליעטיקעשענעס, אין די אונטער- 
שטע, װי אין די אייבערשטע, און נישט געפינענדיק גאָרנישט, האָט ער 
זיך דערנאָך צו די הויזן-ד און בוזעםיקעשענעס געװוענדט --אלעמאָל אין 
אן אנדערער און יעדעס מאָל ווידער צוריק אין דער זעלבער; און מיטא- 
מאָל, נישט געפינענדיק שוין אין ערגעץ גאָרנישט, האָט ער זיך פּלוצעם 
וי דערשראָקן און עפּעס א מעשונע זאָג געטאָן: 

-- נישטאָ! כ'האָב נישט, מאלקע-ריווע.. ליידיק..--און מיט דער 
זעלבער איבערגעשראָקנקײַט האָט ער, צו אלעמענס באװונדערונג, נאָך 
צוגעגעבן: 

-- כ'האָב אויך א כוילע, און אינגיכן װעל איך שוין אויך עפּעס דארפן 
פארזעצן, װי דו איצט, מאלקע-ריווע... 

-- טאטע! -- האָט דאָ יודעס, מוישעס עלטערע טאָכטער, א געשרי 
געטאָן, װי ווען מע דערזעט עמעצן גערירט און מע מוז אים אָפּהאלטן 
און פון א שלעכטן װאָרט אָדער שלעכטן טאט אים אָפּשטעלן. 

-- שװוער! -- האָבן זיך מיטאמאָל אויך די איידעמס פון זייערע ערטער 
א כאפּ געטאָן דערשראָקענע. 

-- מוישע! -- האָט אויך גיטעלע צוזאמען מיט אלע אופגעציטערט.. 

מיר ווייסן ניט, צי איז מאלקע-ריווע דעמלט ארויס פון שטוב מיט 
אָדער אָן געלט, מיט אָדער אָן דעם מיטגעבראכטן מאלבעש, מיר ווייסן 
נאָר, אז דעם גאנצן אפדערנאכט דערנאָך, נאָך מאלקע-ריוועס אוועקגיין, 
האָט מוישע מאשבער, װי א האלב-דולער, נישט אופגעהערט אלעמאָל אין 
די קעשענעס זיך טאפּן, און שפּעטער, וען ער האָט, װי נעכטן, אויך 
הײַנט נישט געקאָנט אײַנשלאָפן, און האָט פריַער אין די שטעקשיך אין 
די צימערן אומגעשפּאנט, דערנאָך זיך װוידער קעגן זײַן פענצטער אין זײַן 
אלקער אוועקגעשטעלט, -- איז אזוי װי נעכטן האָט ער אין דער דרויסנ- 
דיקער האלב-שײַן דערזען אלטערן, הײַנט--ניט: הײַנט האָט זיך אים 
אלעמאָל נאָר געדאכט, אז יאָ, עפּעס א מענטש זיצט אים אפן קארק, און 
ער האָט אלעמאָל דעם קאָפּ אף צוריק אויסגעקערעװעט, צו זען, װער 
איז ער עס, דער מענטש. און געדאכט האָט זיך אים יעדעס מאָל, אז דאָס 
איז ניט קיינער, נאָר טאקע ער, יענער -- סרולי, מיינט מען, און אלעמאָל, 
ווען דאָס האָט זיך אים אויסגעויזן, האָט ער דערפילט בא זיך, װי א 
מעשונע שטארק געשריי אין גאָרגל שטעקן, װאָס אָט-אָט, און א האָר גייט 
אָפּ, אז ער זאָל באלד דאָס מויל ניט צעעפענען און דאָס ניט אויסשרײַען, 
וי אלטער... 


240 


מוישען האָט זיך דעמלט געדאכט, אז סרולי זיצט אים אף זײַן קארק. 
אָבער אינדערעמעסן, װוּ איז דעמלט געווען סרולי? 

סרולי האָט איצט געװווינט צוזאמען מיט לוזין. 

יאָ, נאָך דעם, וי זיי זײַנען צוריקגעקומען פון זייערע רײַזעס און 
סרולי האָט לוזין באזאָרגט מיט דער געוויסער ווינונג, איז ער צוערשט 
דאָרט נאָר א שיטערלעכער גאסט געוען, נאָר װאָס שפּעטער, איז ער 
אלץ מער טוישעוו און היימישער געװאָרן, און איז שוין אָפט אויך אפילע 
אף נאכט געבליבן. ער האָט זיך אמאָל אין צווייטן צימער צוגעשפּארט 
מײַסע גאבע: װוּ ס'מאכט זיך. שפּעטער אָבער האָט ער זיך שוין אויך א 
מין באנקיבעטל געקראָגן, דאָס אין פאָדערצימער אוועקגעשטעלט, קעדיי 
ער זאָל יעדעס מאָל און ווען ער װעט װעלן איבערנעכטיקן, --און גע- 
נעכטיקט האָט ער שוין דאָרט אָפט, קימאט קעסיידער. 


ער האָט שוין אויך קימאט די גאנצע לוזיס באלעבאטישקײַט געפירט -- 
ער מיט דער דינסט-יידענע. ער האָט אויך אין לוזיס אינערלעכע איניאָנים 
אָנטײל גענומען, זיך אָפט ארײַנגעמישט, צי מע האָט בא אים יאָ געפרעגט, 
צי ניט. אָפט, לעמאָשל, זײַנען אים אייניקע נײַ-אָנגעקומענע ניט גע- 
פעלן -- פון יענע, װאָס פלעגן אמאָל ביגנייווע פון אנדערע סעקטעס אין 
די פארנאכטן זיך ארײַנשטעלן. אז אזא איינער פלעגט בא סרולין ניט 
אויסנעמען, פלעגט ער דאָס לוזין פירהאלטן מיטן פולן מויל און זיך ניט 
אָפּשטעלן פאר גאָרניט. װײַל ער האָט געהאט אן אויג, געהאט אן אוער 
פאר יענע זאכן. כאָטש ער אליין האָט קיין שײַכעס ניט געהאט דערצו, 
כאָטש ער איז געשטאנען אָפּגעזונדערט און אין א זײַט פון דעם אלעם, 
דאָך פלעגט לוזי אים אויסהערן און זיך רעכענען מיט זײַן מיינונג אפילע 
ווען נאָר מיט א הויל-קאפּריזער. ער איז אים אפילע אָפּגעגאנגען און 
סרולי האָט אָפט, אין געוויסע איניאָנים, אויך גענומען וי די אויבער- 
האנט איבער אים. 

וי אָט, לעמאָשל: 

ס'האָט געטראָפן, אז מיכל בוקיער, דער פריִערדיקער ראָש פון די 
לוזי-לײַט, האָט עפּעס צו לוזין צוגעשיקט מיט א קינד א בריוול, װאָס האָט 
זיך אָנגעהױבן מיט די װוערטער: 

,לאהובינו אחינו, מה אני שואל מכם, כי אם לבקש בעדי..1, 


אז לוזי האָט דאָס בריוול דורכגעקוקט, האָט ער זיך פארטראכט און 
אין מאָרעשכױרע ארײַנגעפאלן. סרולי האָט געבעטן, ער זאָל דאָס אים 
באװײַזן, און אז אויך ער האָט דאָס דורכגעלייענט, האָט ער א קוק געטאָן 
אף לוזין און זיך װוי צעבייזערט: 

-- װאָסי? מע האָט דען פריַער ניט געװוּסט, אז מיכל גייט אף א 


: צו אונדזערע געליבטע ברידער, איך בעט פון אײַך, איר זאָלט מיספּאלעל 
זײַן פאר מיר.... 


37 


גליטש, און אז א ליאדע טאָג װעט ער א פּראל טאָן און הענט און פיס 
און רוק-און-לענד צעברעכן? מע האָט דאָס ניט פאָרויסגעזען? 

ווירקלעך: מע האָט טאקע באמערקט, אז זינט לוזי איז געקומען צו 
דער אָנפירונג, איז יענער װי אָפּגעגאנגען אין א זײַט, זיך אָנגעהויבן 
באװײַזן אלץ שיטערלעכער, אפילע צו די שאבעסדיקע מיניאָנים, און 
ווען ער איז יאָ געקומען, האָט מען געזען, אז קיין נאכעס פון דעם, 
װאָס אלע אייגענע האָבן, האָט ער שוין נישט--נישט פונעם דאװונען 
נישט פונעם לערנען און טוירע זאָגן, און מע האָט אויך געזען, אז עפּעס 
ברויעט אין אים א זאך, װאָס מאכט אים שטום, די אויגן צו דר'ערד 
אראָפּגעלאָזט און קיינעם אין פּאָנעם ארײַן ניט צו קוקן. 

לעסאָף איז דאָס ארױיסגעשװוּמען. מיכל האָט זיך וידער גענומען 
וואקלען, נאָך מער און נאָך שארפער, וי בייס ער האָט דאָס לוזין אין 
דער ווידע דערציילט און אויסגעלייגט. ער האָט גענומען צווייפלען אין 
דער וועלטס האזשגאָכע און אין דער בארעכטיקונג פון אלעם דעם, װאָס 
א גלײביקער דארף בארעכטיקן. ס'איז אים מיטאמאָל עפּעס װידער וי 
א דעקטוך פון די אויגן אראָפּגעפאלן: ער האָט אלץ דערזען אין אן 
אנדער שײַן, אין אזא, װאָס אלעס פריִערדיקע דארף אפסנײַ איבערגעקוקט 
און דורכגעזען װערן. און דאָס האָט ער איצט אויסגעדריקט אין זײַן צו- 
געשיקט בריוול צו לוזין. קומען און איבעריידן האָט אים שוין, װײַזט 
אויס, קיין מוט ניט געקלעקט: מע װעט אים זיכער אָפּשטױסן. פון דער 
אנדערער זײַט אָבער, האָט אים נאָך ערגעץ בא די פיסיקנעכל, בא די 
פיאטעס געווארעמט דער גלויבן, און ער האָט געצווייפלט אין ביידע-- 
אי אינעם גלויבן, אי אינעם אומגלויבן, און ער איז געווען פארלוירן, און 
דאָס איינציקע, װאָס אים איז געבליבן אין אזא-אָ לאגע, איז געװען-- 
בעטן זײַנע אייגענע, זיי זאָלן פאר אים און פאר זײַן פארלױירנקײַט בעטן. 

-- זײַט מיספּאלעל, אנשי שלומינו!, און באזונדערס דו, לוזי, דער 
ראָש פון דער איידע... זײַט מיספּאלעל פאר מיכל בען סאָרע-פייגל, װאָס 
ער האלט שוין ווידער אראָפּצוזינקען אין שיפלעס. ער האלט שוין דערבלי, 
אז ער זאָל אפילע אינגיכן ארײַנפאלן צו די דעסעווער?. ס'האלט דערבלי, 
אז ער האָט שוין קימאט באשלאָסן זיך אװעקלאָזן אין דער װײַטער ליטע, 
אהין, צו יענע, פון וועלכע מע זאָגט, אז דער גײַסט פון קפירע און פון 
אין אלעם לייקענען שטאמט פון זיי. 


אין זײַן בריוול האָט ער דאָס אויסגעלייגט באאריכעס, און אויך א 
ביסל דערציילט די סיבעס, דורך וועלכע ער איז צו זײַן לעצט-שלעכטן 
געדאנק געקומען. צװישן אנדערע האָט ער געשריבן, אז די לעצטע צײַט 
האָט אים איינמאָל דאָס װײַב זײַן אָרעמען מאָלצײַט דערלאנגט--א יוש- 
קע, װי אלעמאָל, פון עפּעס מינים פיש, אין וועלכער ס'איז גאָרנישט ניט 
געווען, אויסער ליסקע ארומגעשװוּמען. ער איז געװען הונגעריק, האָט 


1 אונדזערע לײַט, מענטשן פון איין דייע, פון איין געזינונג; ? געמיינט: מאס- 
קילים. דער נאָמען שטאמט פון דער דײַטשישער שטאָט דעסאו, װוּ מוישע מענ- 
דעלסאָן, דער פאָטער פון דער ייַדישער אופקלערונג, איז געבוירן געװאָרן. 


548 


ער געשלונגען, און מיטאמאָל האָט ער זיך געכאפּט אינמיטן עסן און זיף 
צעוויינט: 

-- דער בחיר-היצורים, דאָס בעסטע באשעפעניש -- דער מענטש, הייסט 
עס, -- איַז הונגעריק, און די װעלט איז אזוי רײַך און גרויס, און דעם 
מענטש קומט מער ניט אָן, װי יושקע מיט ליסקע.. פאר וועמעס זינד? 
און וועמען קומט ארויס פון אזא דערנידערונג, און װוּ איז די בארעכ- 
טיקונג פון דעם? 

און דערבײַ האָט ער צוגעגעבן און א גאנץ צעטל שטוב-צאָרעס אויס- 
גערעכנט, וועלכע ס'איז אים שוין שווער צוצוזען, און װאָס ס'איז כשל 
כח חסבל--ער קאָן דאָס שוין נישט איבערטראָגן. 

-- בתי אסתר, -- האָט ער געשריבן, --איז שוין א מיידל צו לײַטן 
און קיין נאדן פאר איר האָט ער ניט, און קיינע שום אויסזיכטן און 
זי קאָן, כאָלילע, פארזיצן. דערצו איז זי נאָך אויך קיין איבעריקע יעפאס- 
טוער, נישט קיין געראָטענע, נישט אין גוף, און נישט קיין באלעבאָסטע, 
און מאכמעס ער קאָן איר צאר ניט צוזען, שלאָגט ער זי אָפט און שלעפּט 
זי פאר די צעפּ כאחד הריקים:, 

-- בני בערל,--האָט ער װײַטער געשריבן,--איז א גוילעם, א 
בלינדלעכער און א געברעכטער, דרייט די ראָד באם שלײַפער, פארדינט 
גאָרניט און האָרעװעט איבער זײַנע קויכעס--ראה ה' בעניו..? אויך 
בני יאנקעלע ארבעט בא אן אײַנבינדער אָן א גראָשן, טוט אװוידעס- 
פּערעך דעם באלעבאָס און האָט דערפון גאָרנישט... אויך בת כאנעלע איז, 
דאכט זיך, א גוילעם. און דערצו נאָך קיין קנעלונג, מאכמעס באלעבאטים 
האָבן זיך,. איבער זײַן אמאָליקן שלעכטן שעם, פון אים אָפּגעװאָרפן און 
גיבן אים זייערע קינדער ניט. 

,זײַט מיספאלעל, אנשי שלומינו".. 

דערבײַ איז לוזי, לייענענדיק אָט דאָס בריוול, טרויעריק געװאָרן, און 
סרולי האָט זיך צעלאכט: 

-- מע זאָל פאר אים בעטן? װאָסי?: ער אין קליין אליין?: א מענטש 
האָט פיס און בעט זיך אף קוליעס! װאָס? ער יל צו די דעסעווער -- צו 
יענע, װאָס מיט די קאלטע קעפּ, קאלטע קאפּעליושן און קאלטן יוישער? 
אדעראבע, זאָל ער! װוּהין רוקט ער זיך עס, דער שלימאזל, |מיט דער 
יושקע מיט דער ליסקע? 

אזוי אין דעם פאל, און אזוי אויך אין אנדערע פאלן האָט זיך סרולי 
זײַן װאָרט געהאט, זיך אין אלע איניאָנים ארײַנגעמישט, און צי מע האָט 
אים יאָ געפאָלגט, צי ניט, אָבער ער האָט שטענדיק זײַנס געזאָגט -- פרײַ 
און נישט געצװוּנגען. 

ער האָט אויך געפירט די שטוב לוט זײַן גוסט און קימאט אף זײַן 
אייגענער אכרײַעס: צוגעלאָזט מענטשן, וועלכע ער האָט געפילט אין זי 
פאר לוזין א נוץ, און דערװײַטערט און נישט צוגעלאָזט אזוינע, װאָס 


װוי איינער פון די גרעסטע, נידעריקסטע ברויַם; ? זע, גאָט, זײַן פּײַןיי 


249 


נִיט, און װאָס ער האָט געהאלטן, אז זי פּלאָנטערן זיך נאָר פאר די 
פיס איבעריקס. 

ער האָט די שטוב אויך פון זײַטיקן אָנגעלױף פארהיט --פון די 
,קלאָלע?-לײַט, פון די האלבע און גאנצע מעשוגאָיִם און קאליקעס, וועל- 
כע האָבן זיך אָפט געקליבן בא די פענצטער אמאָל באטאָג, אָדער אָפטער 
באנאכט, ווען פון שטוב האָט זיך ארויסדערהערט א געזאנג, אָדער גלאט, 
ווען די לאָמפּן-שײַן האָט, אין דרויסן ארויסלויכטנדיק, זיי צוגעצויגן.. 

ער האָט אויך געהאלטן פארבינדונג מיט דער שטאָט, געװוּסט, װאָס 
דאָרט קומט פאָר און װאָס ס'איז װערט דערפון לוזין צו דערציילן, און 
װאָס ניט. ער האָט, עמעס, די לעצטע צײַט אויסגעמיטן גווירישע הײַזער, 
זעלטן ערגעץ-ווּ זיך באוויזן, זיך ארויסגערוקט, אפילע ווען מע האָט 
אים באגעגנט און אים אויך, קלוימערשט, אײַנגעלאדן, דאָך האָט ער, 
ניט באזוכנדיק יענע הײַזער, געװוּסט, װאָס ס'קומט פאָר אין זיי, 

אזוי האָט לוזי זיך פון אים דערװוּסט די מײַסע מיט די פּריצים, אזוי 
אויך -- דערפון, אז בא זײַן ברודער מוישען גײיען די געשעפטן בארג- 
אראָפּ, װײַל אויך ער איז אין יענער מײַסע פארמישט, און אויך איבער 
אנדערע טײַמים, װײַל דאָס יאָר איז שלעכט, דער מיסכער געשלאָגן 
און ס'האלט, דאכט זיך, זאָגט מען, בא גרויסע אָנזעצן. ס'האלט, דאכט 
זיך, שוין באלד אויך בא זײַן, לוזיס, ברודערס אָנזעץ. 

יאָ, סרולי האָט אלץ געװוּסט. סרולי האָט דורך ווענט פארנומען אלץ, 
װאָס בא מוישע מאשבער אין שטוב געשעט --נישט אויסגעשלאָסן אפילע 
אזא זאך, בא וועלכער ס'זײַנען גאָר קיין איידעס ניט געווען, װי שמוליקל 
שלעגערס באזוך בא מוישען. צי ער האָט זיך זײַנע לעכער געהאט, װוּ 
ער איז דאָס געװוירע געװאָרן, צי ער האָט דאָס אין דער לופט אָנ- 
געשמעקט, נאָר געװוּסט האָט ער עס אף זיכער. א סװאָרע, אז ער האָט 
אויך געװוּסט פונעם ויזיט, װאָס איציקל זילבורג האָט געפּראװעט בא 
מוישע מאשבער -- און װאָס צװישן פיר װענט און פיר אויגן איז דאָרט 
צווישן זי אָפּגערעדט געווען --- געװוּסט, אז, מעגלעך, אינגיכן װעט מען 
דאָרט אלץ און אינגאנצן פון שטוב און געשעפט אף פרעמדע נעמען 
איבערשרײַבן. 

ער האָט געװוּסט און װי געווארט דערוף. ער האָט אפילע געװוּסט 
דאָס, װאָס קיינער אין איצטיקן מאָמענט, אפילע ניט אליין מוישע מאש- 
בער, האָט זיך ניט געקאָנט ריכטן דערוף; דעהײַנע, אז מוישע מאשבער 
װעט, סאָפּקאָלסאָף, אזוי ענג װערן, ס'וועט אים אזוי דער אומגליק צום 
האלדז צוטרעטן, אז ס'איז ניט אויסגעשלאָסן אויך אזא זאך, װי ער זאָל 
קומען אהער צו לוזין, וועלכן ער האָט קימאט צוזאמען מיט אים, מיט 
סרולין, פון שטוב ארױסגעיאָגט, אף זיך מיט אים אייצען, פאר אים דאָס 
הארץ אויסגיסן און, מעגלעך, אויך א טרער לאָזן. 

ער האָט דאָס געפילט און ארויסגעקוקט דערוף. און װוּנדערלעך, די 
לעצטע צײַט האָט ער זיך עפּעס צו שטארק גענומען צו דער שטוב, זי 
מער גערייניקט, געזויבערט, א גרעסערן לאָמפּ אין שטוב אײַנגעשאפט, 
א פײַנערן טישטעך אפן טיש צו באדעקן, װי ער װאָלט זיך געגרייט צו 


25 390 


גאַר א הויכן קאבאָלעס-פּאָנעם, אָדער צו גאָר א גרויסן יאָמטעוו. װאָס 
ער אליין װעט דערפון האָבן, האָט ער ניט געװוּסט, נאָר ס'האָט אים גע- 
רייצט און געקיצלט אליין שוין נאָר דער געדאנק, צוזעענדיק דעם מאָ- 
מענט, ווען יענער, מוישע, װעט אין האלב אָדער גאנצער האכנאָע לוזיס 
שוועל אריבערטרעטן. 


ער האָט לוֹזין ניט דערציילט דערפון, נאָר פאָרויספילנדיק, האָט ער 
זיך מיטן געדאנק געשפּילט. און שפּילנדיק, זיך געריכט, און ריכטנדיק 
זיך, זײַנען די הענט בא אים פול געװוען מיט מעלאָכע: מיט אײַנשאפן 
און מיט אײַנאָרדענען נייטיקן געמיט און געהעריקע זאכן צו דער בא- 
געגעניש. 

און אָט איז דער מאָמענט געקומען. 


אין איינעם פון די אפדערנאכטן, ווען סרולי האָט שוין דערשפּירט 
מוישע מאשבערס באלדיק אָנקומען, איז ער עפּעס, נישט װי אלע אפ- 
דערנאכט, אומרויקלעך געװאָרן. ער האָט געזען, אז קיינע פרעמדע, פון 
שטאָט-אָנגעקומענע, סײַ יונג סײַ אלט, זאָלן זיך הײַנט ניט איבעריק 
פארהאלטן, און ווען יאָ פארהאלטן--האָט ער געזען מיט פארשיידענע 
מיטלען און טאכבולעס זיי װאָס גיכער ארויסצובאלייטן: אייניקע האָט 
ער געגעבן אן אָנצוהערעניש נאָר מיט א מינע, אז זי זאָלן הײַנט מע- 
קאצער זײַן און זייערע איניאָנים דערלײידיקן, און מיט אנדערע האָט 
ער זיך אפילע פאר אָפענע װערטער ניט אָפּגעשטעלט, און פּאָשעט זי 
דערקלערט, אז זייער אָנװעזנהײַט הײַנט איז, איבער געוויסע טײַמים, 
ניט געװוּנטשן -- זאָלן זי אוועקגיין און קומען אן אנדערשמאָל. 

דאָס -- מיט פרעמדע, אָפּגערעדט שוין, אז מיט אייגענע האָט ער זיך 
שוין גאָרניט צערעמאָניעט, און גלײַך נאָך מינכע-מײַרעװ זיי ארויסגע- 
מעשאלייעכט, זאָגנדיק דערבײַ, אז לוזי פילט זיך הײַנט ניט גוט, און 
ס'וואָלט געווען א יוישער, אז מע זאָל אים איצט לאָזן צורו. 

אזוי, אז געבליבן זײַנען אין יענע אָװנטן נאָר ער אליין מיט לוזין. 
קיינער פון זיי האָט דעם צווייטן ניט געזאָגט גאָרניט, נאָר סרולי האָט, 
פון באטאָג זיך נאָך ריכטנדיק, אלעמאָל דעמלט באפוילן דעם פּאָל צו 
זויבערן, דאָס גלעזל פונעם לאָמפּ גלאנציק-ריין אויסװישן, א נײַעם 
טישטעך פארשפּרייטן, די בענק און די בענקלעך אף די געהעריקע 
ערטער צעשטעלן, און לוזי האָט, דאָס צוזעענדיק, זיך ניט געכידעשט, 
מאכמעס אומדערפארן, און ער האָט געמיינט, אז אלע טאָמיד אין אזוי. 

און סרולין האָט זײַן כוש נישט אָפּגענארט. 

ס'איז געווען נאָך איינעם א טאָג אין געשעפט, ווען מוישע מאשבער 
איז געקומען אהיים און מע האָט באמערקט, װי ערד איז אף זײַן פּאָנעם. 
ס'איז געווען נאָך דעם, װען ער איז הײַנט געװוירע געװאָרן, אז דער 
זמאן פון איינעם א גרויסן כויוו-וועקסל איז געקומען, װאָס מע האָט עס 
געמוזט סילעקן, װײַל ווען ניט, אין דאָס דער אָנהײיב פונעם סאָף: אלע 


װעלן זיך דערוויסן, און אלע מיטאמאָל װעלן צוטרעטן, און מע האָט 
געמוזט זען דאָס געלט קריגן. 


21 


מוישע מאשבער האָט זיך אפילע געפּרווט מיט אלע מיטלען און 
אייצעס זען אָפּשטופּן דעם זמאן און זיך אויסבעטן אף שפּעטער, װײַל 
אזוינס טרעפט זיך דאָך אויך אפילע אין גוטע און אין זיכערע צײַטן, ווען 
ס'מאכט זיך, אז ס'איז גראָד קיין געלט ניטאָ און ווען ס'פעלט אויס 
מעזומען. יאָ, אין זיכערע צײַטן טרעפט טאקע, און דער, וועמען ס'קומט 
און וועלכער ס'מאַנט דאָס געלט, טראכט דעמלט ניט איבער: שפּעטער, איז 
שפּעטער; און אויך דער, פון וועמען ס'קומט און מע מאָנט דאָס געלט, 
ווערט פונעם אָפּלײיגן און ניטיצוידער-צײַט-צויצאָלן ניט איבעריק בא זיך 
אראָפּגעפאלן. אין דער סאָכרים-וועלט איז דאָס א געוויינלעכע זאך, און 
ווען די צײַט איז גאָר א גוטע און דער באלכויוו א באָטועך, איז שוין אזוי 
אויך אײַנגעפירט, אז נישקאָשע, אז מע צאָלט אויך מיט פארשפּעטיקונג. 

דאָס מאָל אָבער אין דאָס אומעגלעך געװען, מאכמעס דעם שלעכטן 
שעם, װאָס אין דער ענגער צײַט האָבן אלע באָטוכים געליטן פון אים, בא- 
זונדערס די, װאָס זײַנען פארמישט געװוען אין דער מײַסע-פּריצים, און 
באזונדערס און ביפראט נאָך אזא, װי מוישע מאשבער, װאָס ביכלאל האָט 
מען זיך וועגן אים שוין שטיל און אָפט געסוידעט, אז ער קראכט און 
האלט באם פאלן. 

מוישע מאשבער האָט זיך געװאָרפן, װי א פיש אפן ברעג. ער האָט 
באטאָג, זײַענדיק אין קאָנטאָר, אלעמאָל אן אנדער געלט-מעקלער ארײַג- 
גערופן און אים שוין קימאט מיט טרערן אין קאָל, שוין קימאט מיט טאכ- 
נונים און מיט פארשיידענערליי צוזאָגענישן און אָפּענעם געבעט זיך גע- 
ווענדט צו ייי, אז זיי ווייסן דאָך, ס'איז דאָך נישט דאָס ערשטע מאָל, און 
זאָלן זיי גיין און יענעם אײַנרײדן; עפשער ויל יענער פאר אויסווארטן 
נאָך א פּראָצענט, איז נאָך א פּראָצענט, אבי ער זאָל איצט, ווען ס'איז, װי 
די מעקלערס ווייסן, אלעמען אזוי ענג, אף דער הייסער מינוט ניט פאָ- 
דערן און מיטן קאלטן מעסער צום האלדז ניט צוטרעטן. מעקלער זײַנען 
ניט װילנדיק אין שליכעס געגאנגען, עפשער האָבן זיי געטאָן, װי מע דארף, 
עפשער געטײַנעט, װי מע טײַנעט אין אזוינע פאלן, און עפשער אויך ניט: 
עפשער האָבן זי נאָר לעפּאָנעם אף זיך דאָס שליכעס גענומען, נישט קע- 
נענדיק מייעז זײַן, נישט קענענדיק אָפּזאָגן, אָבער אינדערעמעסן האָבן זי 
דאָס געטאָן האלב פויל און מיט אראָפּגעלאָזטע ארבל, -- צי װײַל זי האָבן 
אליין ניט געװאָלט, צי װײַל זיי האָבן געװוּסט, אז סײַװי װעט דאָס ניט 
פּױעלן,. און װאָס פאר טרופעס און גרויס היץ זיי זאָלן דאָ ניט אוועקלייגן, 
װעט דאָס ניט העלפף 

וי די מײַסע זאָל ניט זײַן, צי מאכמעס יאָ די מעקלערס גוטער וילן, 
:צי ניט, נאָר אלע זיי זײַנען נאָכן גיין און נאָכן קלוימערשטן נעמען אף 
זיך מישטאדל זײַן בא יענעם פאר מוישע מאשבער -- זײַנען אלע זי 
צוריק געקומען נאָר מיט איין טשוּװע: ניין, ער וויל ניט; ער איז ניט מאס- 
קים און טײַנעט נאָר איינס: קיינע פּראָצענטן מער, נאָר זײַן געלט, זײַן 
קערן. ו 
מוישע מאשבער איז דערנאָך פון גרויס ערגערניש, ניט וויסנדיק וי 
זיך צו העלפן, אזש אװעקגעלאָפן צו איציקל זילבורג, וויסנדיק, אז יענער 


22--9 292 


קאָן אים איצט די אומיטלבארע הילף נישט דערלאנגען און אז בא איציקל 
זילבורג קאָן ער קריגן נאָר אן אייצע, ניט קיין געלט, און אייצעס זײַנען 
אים איצט ניט דער איקער, װײַל דעריקער מוז ער זיך איצט זען ארויס- 
כאפּן פון דער ערשטער צאָרע, און דערנאָך ערשט װעט מען זען, דערנאָך 
װעט ער זיך מיט איציקל זילבורג שוין וועגן איבעריקן אייצען. 

גראָד האָט ער נאָך איציקלען אין דר'היים ניט געטראָפן, און ער האָט 
געמוזט ווארטן בא יענעם אין שטוב, װוּ ס'איז אים גאָרנישט אָנגענעם 
געווען, מאכמעס מוירע, ער זאָל זיך ניט אָנשלאָגן אף פרעמדע מענטשן, 
וועלכע װעלן זען, מיט װאָס פאר אן אומגעדולד ער ווארט און קוקט ארויס 
אף יענעם... 

און דאָך איז ער געצװוּנגען געווען. ער איז אין ווארט-צימער אומגע- 
לאָפן, װי א כײַע אין שטײַג, הין און צוריק און נאָכאמאָל צוריק און אהין; 
און ווען עמעצער זאָל אים געווען דעמלט זען אזוי אומלויפן, װאָלט ער 
זיכער זיך געשטויסן, אז מוישע מאשבער האָט איצט עפּעס װי א מין 
גיפטיקע פּײַל אין קערפּער שטעקן, װאָס ס'איז אי ניט איר וייטעק צו 
דערטראָגן, און אויך ניט פון לײַב זי ארויסצושלעפּן. 

און אז ער האָט זיך אויסדערווארט, און אז איציקל זילבורג איז שוין 
לעסאָף געקומען, אזוי האָט מוישע מאשבער מער בא אים וי געציילטע 
מינוטן ניט געהאט און ניט געקאָנט פארברענגען. ער האָט זיך קימאט 
אפילע ניט צוגעזעצט, װײַל ס'איז ניט געווען צוליב װאָס: װײַל, װי גע- 
זאָגט, האָט ער, אויסער אייצעס, קיין אומיטלבארע הילף, דה. קיין געלט 
מעזומען, בא יענעם ניט געקאָנט ארויסקריגן. יענער האָט אים נאָר פאר 
זײַן אוועקגיין אין זײַן פון צאָרעס פארטויבטן אוער ארײַנגעזאָגט, אז יאָ, 
זאָל ער טאקע זען, מוישע, אז וועדליק ער, איציקל זילבורג, פארשטייט, 
וי סע האלט, איז זאָל ער שוין טאקע איצט -- און װאָס גיכער, איז גלײיַ- 
כער -- זײַן גאנצן איניען זען דערלײידיקן; ער מיינט װאָס גיכער זײַנע גע- 
שעפטן און זײַן גאנץ פארמעגן -- סײַ פון באוועגלעכע און סײַ אויך אומ- 
באוועגלעכע גיטער --אף אנדערע נעמען איבערשרײַבן, װײַל װי ער זעט, 
האלט עס שמאָל, און ס'איז, װוי אים דאכט זיך, שוין די ריכטיקע צײַט 
דערוף. ער הערט, רעב מוישע?.. 

מוישע מאשבער האָט אים אי װי יאָ, אי נישט געהערט, און פארלאָזנ- 
דיק איציקל זילבורגס שטוב, האָט ער געפילט, װי די פּײַל װאָלט אים 
נאָך טיפער אין לײַב ארײַנגעדרונגען, און נישט האָבנדיק, װוּ זיך ער- 
געץ אנדערש צו וענדן, איז ער אהיים אוועקגעגאנגען, ניין, נישט אוועק- 
געגאנגען, נאָר אװעקגעלאָפן. װײַל דער אימפּעט פון אומלויפן און אומ- 
דרייען זיך בא איציקל זילבורג אין שטוב, בייס ער האָט פריער געווארט 
אף אים, און דערנאָך שטייענדיק און אומגעדולדיק אים אויסהערנדיק, האָט 
אים אויך איצט, שוין נאָכן פארלאָזן יענעם און אין דרויסן זײַענדיק, ניט 
פּארלאָזט. אזוי װײַט, אז גייענדיק אהיים דורכן בריק, װאָס פירט פון דעם 
אייבערשטן טייל שטאָט אין דעם אונטערשטן, דורך יענעם בריק, װאָס 
טײַלט דעם טײַך אף צווייען, איז אז ער האָט דערזען וואסער אין טײַך, 
האָט זיך אים עפּעס פּלוצעם פארװואָלט א טרונק, -- ניין, ניט קיין טרונק,-- 


93 


נאָר זיך באָדן, -- ניין, נישט באָדן, נאָר ארײַן און מער נישט ארויס פון 
דאָרט -- באהיט גאָט און באװאָרן פון אזוינע געדאנקען. 

ער איז ארײַן אין שטוב, װוי געזאָגט, מיט ערד אפן פּאָנעם. און װי 
נאָר די שטובילופט האָט אים עטװאָס בארויַקט, װי נאָר דער אימפּעט- 
דיקער געמיט פונעם גאנצן טאָג האָט זיך אים א ביסל אײַנגעלײגט, אזוי 
האָט ער די שטוב-לײַט -- זײַן װײַב גיטעלע, זײַנע איידעמס און זײַן על- 
טערע טאָכטער יודעס -- אין א באזונדער אלקער אָפּגערופן, און דאָרט, 
הינטער א פארשלאָסענער טיר, א געהיימען פאמיליען-באראט אָפּגעהאלטן. 

ס'האָט זיך געהאנדלט וועגן דעם, אז מע מוז פארזעצן דאָס גאנצע 
צירונג, דאָס גאנצע שטוביקע גאָלד-און-זילבער, װוּ נאָר ס'וועט זיך לאָזן. 
מע דארף נאָר באקלערן, װוּ און בא וועמען, קעדיי מע זאָל דאָס קאָנען 
אף צוריק אויסקויפן, ווען ס'וועט מעגלעך װערן, װײַל, פאר אלעמען, מוז 
מען זען ארויס פון ערשטן כויוו, וועלכן מע מוז שוין הײַנט-מאָרגן דעקן, 
אים אָפּצאָלן, דעם אָטעם אָפּכאפּן, און דערנאַך ערשט וועגן איבעריקן א 
טראכט טאָן, װײַל מיטן איבעריקן האָט נאָך צײַט, די איבעריקע זמאנים 
זײַנען נאָך א ביסל װײַטלעך, און ביז דעמלט װעט מען נאָך ווייניט-װוי 
געפינען אן אויסוועג. 

פאר דער צײַט פון דער באראטונג איז גיטעלען א פּאָר מאָל ניט גוט 
געװאָרן, און מע איז שטיל געלאָפן פון אירטוועגן אפן קיך נאָך וואסער, 
זי אָפּצומינטערן. נאָכעם לענטשער האָט ניט אופגעהערט מיט דער בלאס- 
געװאָרענער, קורצלעכער נאָז צו שמאָרען און צעטראָגן איבערן צימער 
אומצושפּאנען: יודעס, די עלטערע טאָכטער, האָט די גאנצע צײַט די בייג- 
דלעך פון די פינגער געבראָכן און די אויגן פון פאָטער ניט אראָפּגענומען, 
און איר מאן, יאנקעלע גראָדשטײן, האָט שוין שטיל אף זײַן זשיליעט-קע- 
שענע געקוקט, דאָרט, װוּ זײַן גאָלדענער זייגער האָט זיך געפונען, וי זיך 
אָנפרעגנדיק, צי זאָל ער אים שוין ארויסנעמען, און גלײַך, באלד טאקע 
דאָ אוועקלייגן, צי עפשער האָט ער נאָך צײַט און ס'איז נישקאָשע, מעג- 
לעך, אויך שפּעטער.. 

אלע זײַנען דערנאָך ארויס פון צימער האלב-אײַנגעבראָכענע. מע האָט 
איינער אפן אנדערן ניט געקוקט, און מע איז זיך צעגאנגען אין פארשיי- 
דענע ווינקלען, און געבליבן אין אלקער איז אליין נאָר מוישע מאשבער 
מיט גיטעלען, אף דעם געשפּרעך ווידער צו פירן, זי צו טרייסטן, און אלע- 
מאָל זי בעטן אָפּצוּװוישן די טרערן, קעדיי מע זאָל אף איר ניט דערקענען, 
טאָמער קומט ארײַן עמעצער א פרעמדער, אָדער טאָמער װעט א דינסט 
פון קיך צו איר דארפן האָבן. און שפּעטער, נאָך א קורצער בארויקונג, 
ווען די בניי-באיס זײַנען זיך ווידער צונויפגעגאנגען אין עסצימער, האָט 
זיך מוישע מאשבער דעמלט מיטאמאָל פון זײַן זיץיאָרט באם טיש א הייב 
געטאָן, איז אין קאָרידאָרל, װוּ די קליידער-שראגע געפינט זיך, אוועק, און 
זיך אָנגעטאָן צום אוועקגיין. 

-- װווּהין אזוי שפּעט? -- האָט מען בא אים געפרעגט. 

-- ער דארף האָבן. 

-- איז עפשער װאָלט ער דאָס אָפּגעלײגט אף מאָרגן? 


204 


-- ניין, 

מע האָט אים שוין מער נישט איבערגעפרעגט, װײַל זעענדיק, אז ער גע- 
פינט אפילע ניט פאר נייטיק װעגן זײַן באשלוס א װאָרט צו זאָגן, האָט 
מען שוין פארשטאנען, אז אים איבעריידן און אָפּרײידן איז איבעריק, װײַל 
סײַװוי װעט ער ניט הערן און פון זײַן באשלוס ניט צוריקערן. 


. 8 6 


מוישע מאשבער האָט איצט, וי סרולי האָט פאָרויסגעזען, זיך אוועק- 
געלאָזט צו זײַן ברודער לוזי, אזש אין דעם דריטן טייל שטאָט, אזש צו 
דער ,קלאָלע?. 

װיסנדיק זײַן װווין-אָרט, אף וועלכן ער האָט, אפּאָנעם, שוין פון פריִער 
זיך געהאט אָנגעפרעגט, האָט ער איצט, אין דעם אייבערשטן טייל שטאָט 
קומענדיק, פריער געטראכט ועגן דינגען א פורל, אָבער דערנאָך האָט 
ער איבערגעקלערט און זיך גאָר צופוס אװעקגעלאָזט. 


ס'איז געווען א שטארק-פינצטערער הארבסטיקער אָװנט. אפילע ווען 
מיט א פורל אהין פאָרנדיק, האָט מען אויך געקאָנט היפּש בלאָנדזשען 
ביפראט צופוס, און ביפראט אליין, און ביפראט אָן א לאמטערן אף דעם 
וועג זיך צו באלויכטן, איז דאָס שוין אוואדע געווען א וועג אף קאָפּיאון- 
פיס און רוק-און-לענד צו צעברעכן. 


מוישע מאשבער האָט זיך אָבער דערפאר ניט אָפּנעשטעלט. א מין 
אינערלעכער אימפּעט האָט אים געהאָלפן אין דער פינצטער דעם וועג אויס- 
צוגעפינען און אריבערצושפּאנען און אויסמײַדן אזוינע פינצטער-גריבער- 
דיקע און שטארק בלאָטיקדיקע ערטער, װאָס אפילע די דאָרטיקע אײינוווי- 
נער גליקט זעלטן איבער זיי אריבער און אין זיי ניט צו פארזינקען. 

ווען עמעצער װאָלט אים דעמלט דערזען אין פּאָנעם, װאָלט ער זיך 
געוויס אף צוריק געכאפּט פאר שרעק. ער האָט געוויס דעמלט אויסגעזען, 
וי יענער ביבלישער מיילעך שאָול, וועגן וועלכן ס'ווערט אין א געוויס 
אָרט דערציילט, אז ווען די פּלישטים האָבן אים ארומגערינגלט, און ער 
האָט זיך דערפילט געענגט און צוגעפּרעסט, און אז ער האָט זיך געווענדט 
צו גאָט, און גאָט האָט אים ניט געענטפערט, -- צו די נעװוילם, צו די כא- 
לוימעס -- און אויך פון זיי קיין ענטפער, איז כאָטש ער האָט פרלער אליין 
באפוילן אויסצוראמען און צו פארניכטן אלע קישעפמאכערנס און טרעי 
פערס פונעם לאנד, אָבער איצט, ווען ער אליין איז אין נויט און געצװוּג- 
גען, האָט ער געבעטן בא זײַנע דינער, זיי זאָלן אים אזא איינע, א קישעפ- 
מאכערן, אויסגעפינען, און אין איינער א נאכט האָט ער זיך, א פארשטעל- 
טער אין פרעמדע קליידער, צו איר זיך אװעקגעלאָזט.. אויך מוישע מאש- 
בער איצט אזוי. 


און אָט האָט ער נאָך לאנגן גיין און אָפטן אָנפרעגן זיך בא שטארק- 
פארשפּעטיקטע דורכגייער, וועלכע האָבן זיך אים אָנגעטראָפן אין וועג, צו 
לוזיס שטיבעלע זיך צוגעשלאָגן. 


399 


ניט אין קיך און ניט אין פאָדערצימער איז קיינער דעמלט ניט געווען. 
סרולי, װאָס פלעגט מערסטנטייל זיך דאָרט געפינען, איז דאָס מאָל -- מיט 
עפּעס א קאװאַנע, צי ניט, -- נאָר אינגאנצן פון שטוב דעמלט אויסגערונען. 
ער איז אוועק אין גאס צי צו א שאָכן. און אז מוישע מאשבער האָט ארי- 
בערגעשפּאנט דאָס ערשטע צימער אוֹן געזאָלט ארײַן אין צװייטן, האָט 
ער פּלוצעם דערזען אזוינס, װאָס ער װאָלט קיינמאָל ניט געגלייבט, ווען 
ער דערזעט עס ניט מיט די אייגענע אויגן. ער האָט דערזען שמוליקל שלע- 
גער זיצן בא לוזיס טיש, און דערצו נאָך -- געוויס א שיקערן, װײַל זײַן 
בעלמעוואטע אויג האָט אים איצט אויסגעזען בלאסער, װי געוויינלעך, און 
דערפאר דאָס צווייטע, דאָס נאטירלעכע, איז אים וי אין גוטן בוימל ארומ- 
געשוװווּמען. 

יאָ, שמוליקל האָט דעמלט געהאלטן בא יענער מאדרייגע, ווען דער 
באטרונקענער איז גוטמוטיק, ווען ער האָט אלע גלידער אזוי איבערגעפולט 
פונעם געטראנק, אז ער קלײַבט זיך אָדער באלד אנשלאָפן װערן, אָדער 
ווען אפילע ניט, איז ער שוין אָבער אזוי װײַט פון געטראנק באהערשט, 
אז אף קיין גאָר גרויסע טומלערײַען, ווען אפילע בעטעווע איז ער יאָ אף 
אזוינס פיייַק, אין שוין איצט פון אים ניט צו ווארטן. אין בעסטן פאל 
איז ער פּיייַק נאָר אף ווען-ניט-ווען נאָך אופצופלאקערן, אָבער באלד זיך 
אויסלעשן און גלײַך פונעם שיקערן אימפּעט נאָכצוגעבן. 

א גרעסערער כידעש, װי שמוליקל, האָט מוישען אָבער אויסגעזען דאָס, 
װאָס לוזי איז געזעסן אױיבנאָן באם זעלבן טיש אזוי רויַק און אזוי גלליכ- 
גילטיק, גלײַך יענער, שמוליקל, װאָלט אינדערעמעסן גאָר באם טיש ניט 
געווען, אָדער ווען יאָ, און אפילע יאָ באמערקט פון לוזין, איזן ער אים 
לאכלוטן װי ניט אָנגעגאנגען, עלעהיי א קינד, אָדער עלעהיי גאָר א היי- 
מישער װאָלט פון שוואכקײַט, אָדער פון שפּעטער שאָ, אין זײַן אָנװעזנהײַט 
אנשלאָפן געװאָרן. 

אז מוישע מאשבער איז אריבער די שװעל, האָט אים, כאָטש שיקער, 
דאָך דער ערשטער דערזען שמוליקל. ער האָט זיך, א שטארק-באטרוג- 
קענער און איבערגעלאָדענער, געפּרוּװוט פון אָרט א הייב טאָן און אים 
אנטקעגן גיין, װי וועלנדיק בא אים מעכילע בעטן פארן לעצטן באזוך בא 
אים די לעצטע טעג, אָדער -- ווער ווייסט! שיקערערהייט עפשער נאָכא- 
מאָל מיט די זעלבע רייד, װאָס בא אים אין שטוב דעמלט, ארױיסצופאָרן. 

מוישע מאשבער האָט זיך דערשראָקן, װײַל אלץ-אלץ, נאָר אזא זאך, 
אז ער זאָל בא זײַן איצטיקן באזוך, ווען ער איז מיט א פולן בוזעם בראָך 
געקומען, און אויך, מעגלעך, מיט פיל כאראָטע, װאָס ער איז זײַן ברודער 
אן אוולע באגאנגען און איז צו אים איצט געקומען אי זיך אויסייצענען, אי 
יענעם, דעם ברודער, איבערבעטן, -- אז אין אזא מאָמענט זאָל ער זיך 
גאָר צום אלעמערשטן אף אזא, װי אף שמוליקלען, שוין בא דעם אָנהייב 
שוועל, בא זײַן ארײַנקומען, זיך אָנשלאָגן, -- אלץ-אלץ, נאָר דאָס האָט 
מוישע מאשבער געוויס ניט דערווארט. 

ער איז געפּלעפט געבליבן און זיך דערשראָקן, אָבער שמוליקל האָט 
אים גלײַך בארויִקט, און אף וויפל די צונג און דאָס לאָשן האָט אים גע- 


296 


דינט, אף וויפל ער איז דעמלט געווען באלעבאָס איבער זיך, אף אזויפיל 
האָט ער זיך באמיט זײַן קאָל צו פארווייכערן, און זײַן גאנצער שיקערער 
באנעם און זײַן באוועגונג, װאָס ער האָט געמאכט, פון זײַן זיץ-אָרט זיך 
אופהייבנדיק און מוישען אנטקעגן-גיין וועלנדיק, איז געווען, װי אף שאָ- 
לעם, װי אף אים צו בארויַקן, און װי אים צו פארזיכערן, אז איצט איז ער 
ניט ער, אז איצט איז ער אין קיין שלעכטער שליכעס ניט געקומען, און 
אז, ביכלאל, דאָ בא לוזין, איז ער אן אנדערער און קיין מוירע האָבן פאר 
אים איצט איז ניט שײַעך. 

-- דאָ בין איך ניט איך. דאָ בין איך ניט שמוליקל... -- האָט ער, אף 
וויפל די צונג האָט אים געקלעקט, טאקע ארויסגעזאָגט מיט א שמייכל. 

ער האָט זיך צוריק אראָפּגעלאָזט אף זײַן אָרט, אף זײַן בענקל, און 
אײַידער לוזי האָט שמוליקלס באוועגונג באמערקט, איידער ער האָט ארויס- 
דערהערט זײַנע ווערטער, און איידער ער האָט באמערקט, צו וועמען זי 
זײַנען געווענדט געווען, אזוי האָט שוין יענער, שמוליקל, דעם קאָפּ געהאט 
פארלוירן און פון שװערקײַט און איבערגעלאָדנקײַט אים אף דער ברוסט 
און אף דער באָרד אראָפּגעלאָזט, און אזוי, באלד טאקע, אויך אײַנגעשלאָפן. 

מיר ווייסן ניט, וועמעס אופטו איז עס געווען -- דער איצטיקער באזוך 
שמוליקלס צו לוזין. צי האָט דאָס סרולי מיט א קיוון און אומיסטן אזוי 
אײַנגעאָרדנט --אלעמען, די סאמע נאָענטסטע, אוועקשיקן, און דאפקע אזא, 
װוי שמוליקל, אין שטוב צו לאָזן. מעגלעך, אז יאָ: מעגלעך אָבער אויך, אז 
ס'איז קיין סרוליס מיין דערבײַ, בלויז א הוילער צופאל נאָר, װאָס בעשאס 
סרולי איז ארויס פון שטוב, איז שמוליקל ארײַן, און ס'איז ניט געווען, 
ווער ס'זאָל אים צוריק ארויסשטעלן. װײַל, װוי געזאָגט, האָט מען דאָך קיינ- 
מאָל קיינעם דאָרט ניט געוויזן די טיר אף ארויסגיין, באזונדערס, אין סרו- 
ליס אָפּװעזנהײַט, ווען ס'איז ניט געווען, װער סזאָל דאָס טאָן. װי ס'זאָל 
ניט זײַן, נאָר שמוליקל, װײַזט אויס, איז שוין דאָ, אפּאָנעם, ניט איין מאָל 
אין אָט דער שטוב א גאסט געווען... װאָס ער האָט דאָ געטאָן, װאָס ער 
האָט באדארפט און װאָס באקומען פון יענער שטוב -- איז ניט באװוּסט, 
נאָר אליין די װוערטער זײַנע, אז דאָ איז ער ניט ער, אז דאָ איז ער ניט 
שׂמוליקל, געזאָגט אין א מאָמענט פון גרויס-שיקערלעכער אָפנהארציקײַט, 
באװײַזן, אז עמעס, אז דאָ, דה. דעמלט, ווען ער פלעגט אהער אמאָל ארלינ- 
קומען, איז ער געוויס געקומען מיט אן אנדער מיין און מיט אן אנדער 
זינען, װי ערגעץ אנדערש. אלנפאלס, אף שלאָגן זיך געוויס ניט. ער איז 
זיכער געקומען זײַנע שלעגערישע בלוטן זיך דאָ צו קילן, און אף וויפל אין 
אזא לופט, אין דער לופט פון אזא, װי לוזי, האָט זיך אזא איינער וי שמו- 
ליקל, געקאָנט פילן אנדערש א ביסל, װי ער איז בעעמעס, -- אף אזוי- 
פיל האָט ער זיך, װײַזט אויס, טאקע געפילט: אין מעשעך פון דער צײַט, 
װאָס ער האָט דאָ פארבראכט, זיך געהאלטן לײַטישער, געשטילט, און וי 
אליין פון עמעצנס גרױיסקײַט געשלאָגן, און אף א קליין ביסל, מעגלעך, 
דעמלט טאקע זײַן אייגנטלעכע האנט-מעלאָכע פארגעסן. 

און אָט, אז שמוליקל האָט דעם קאָפּ פארלוירן, האָט לוזי אופגעהויבן 
דעם קאָפּ און אף דער שוועל זײַן ברודער מוישען דערזען. 


97 


ס'איז געווען פאר אים א גרויסע איבעראשונג. ער האָט זיך ניט גע- 
ריכט אף אים, כאָטש זײַן לאגע האָט ער געװוּסט, לויט סרוליס יעדיַעס, 
װאָס ער האָט אים געבראכט, איבערגעגעבן און דערלאנגט: דאָך, אז דאָס 
זאָל דינען פאר א סיבע, און אז סזאָל שוין אויך אזוי װײַט האלטן, אז 
יענעמס הארץ זאָל זײַן אזוי שווערמוטיק געבראָכן, אז אין א פינצטערן, 
הארבסטיקן אפדערנאכט זאָל ער זיך אופהייבן פון זײַן גווירישער נעסט 
און זיך אראָפּלאָזן אזש אהער, צו אים, צו לוזין, אין אזא װײַטן מעהא- 
לעך, אין אזא פארװאָרפעניש, אין אזא שטיבעלע, אזש בא דער ,קלאָ- 
לע", -- אין אזא זאך האָט לוזי געוויס ניט געגלייבט. 

ער האָט דערום אף קיין קאַָװעד ניט געקוקט, און אזויווי יענער איז 
זײַן גאסט, דערצו א ברודער, דערצו אין אזא ענגער צײַט, װאָס וען ניט 
זי, װאָלט ער אים זיכער ניט געזען אף זײַן שוועל ארופטרעטן -- האָט ער 
זיך דערום אופגעהויבן, אים אנטקעגן געגאנגען און אים אין שטוב ארײַן 
אײַנגעלאדן. 

-- הא, מוישע, װאָס מאכסטו? װי גייט עס? קום ארײיַן. 

-- שאָלעם, -- האָט אים יענער א האנט דערלאנגט, אָבער זיך ניט 
גערירט און אף זײַן אָרט געבליבן, טיפער אין צימער ניט ארײַנגעקומען, 
און וי נאָך ניט אָנגענומען לוזיס אײַנלאדונג. 

ער האָט לוזין אפן שלאָפנדיקן שמוליקל אָנגעװיזן, און וי אין גרויס 
כידעש און פארווונדערונג בא אים א פרעג געטאָן: 

-- װאָס טוט זיך דאָ בא דיר? וועמען נעמסטו דאָס אוף אויג אף אויג -- 
אזא-אָ? -- דאָ געמיינט שמוליקלען, נאטירלעך, און פון מוישעס טאָן האָט 
זיך געלאָזט פילן, אז ער האלט יענעם פאר א פּאָשעטער געפאר, װאָס אין 
א ליאדע אָנשטענדיק הויז זעט מען אזוינע אויסצומײַדן און װאָס װײַ- 
טער זיך האלטן פון זיי. 

-- וועמען מיינסטו דאָס? -- האָט זיך לוזי, אויך פון זײַן זײַט פארכי- 
דעשט, ארומגעקוקט, וי אפן געדאנק װאָלט אים אפילע ניט געקומען, אז 
די שלעכטע מיינונג וועגן אופנעמען נישט געהעריקע אָדער נישט-געװוּנ- 
טשענע באציט זיך אין דעם פאל צו דעם, װאָס ער זיצט בא זײַן טיש 
בעשאָלעם, שלאָפט מיטן קאָפּ צו דער ברוסט אָנגעבויגן, װי א קינד, אָדער 
וי אן אנדער אייגענער, וועמעס שלאָף קאָן קיינע כשאָדים און פאָרװוּרפן 
נישט ארויסרופן. 

-- וועמען מיינט ער עס? 

-- אָט, -- האָט מוישע אָנגעוויזן זײַן ברודער, -- װי קומט ער גאָר צו 
דיר? צי ווייסט לוזי, פון װאָס יענער לעבט און מיט װאָס ער באשעפטיקט 
זיך? 

-- ער ווייסט. נו, איז װאָס? און אז ער זאָל אים ניט אופנעמען ניט 
ארײַנלאָזן, מיינט מוישע, אז ס'װואָלט געווען בעסער פאר יענעם? 

-- פאר יענעם -- ווייסט ער ניט, נאָר פאר לוזין -- געוויס, -- און 
אַט די מוישעס װערטער האָבן געזאָלט באטײַטן: ס'איז דאָך א שטאָט-גאז- 
לען, א העפקער-מענטש, א רויצייעך, װאָס װערט געשיקט אין אלע העס- 
לעכסטע שליכעסן און װאָס פירט זיי אויס מיט די הענט, מיט שלאָגן ביז 


098 


בלוט, און באקומען באצאָלט דערפאר, און ,אף זײַן שװוערד, הייסט עס, 
טוט ער לעבן". איז װי לאָזט מען אזוינס גאָר די שוועל אריבער? 

און דאָ האָט שמוליקל פּלוצעם פון שלאָף זיך אופגעכאפּט, אף איין 
מינוט דעם קאָפּ אופגעהויבן, די אויגן געעפנט און שיקערלעך-בלינדלעך 
און בוימלדיק-פארלוירן זיך ארומגעקוקט. 

-- אונדזער געלט! -- האָט ער אויסגעשריגן זײַן געשריי, צו וועלכן 
ער איז געװווינט און װאָס איז שטענדיק אף זײַנע ליפּן, סײַ ווען ער ווענדט 
דאָס אַן אין דער ריכטיקער צײַט אפן ריכטיקן אָרט, דה. ווען ער איז ניכ- 
טער און אין א שליכעס, סײַ ווען באטרונקען, ווען אויך נישט אין דער 
צײַט און נישט אפן אָרט. און דערזעענדיק איצט פאר זיך מוישע מאשבער, 
האָט זיך אים אף א קליינער װײַלע דער מויעך און זינען אױסגעלײַטערט, 
און צוליב יענעמס קאָװעד וועגן האָט ער ווידער, וי פריִער, װי בייס דער 
באגעגעניש, א גוטמוטיקן און בעשאָלעמדיקן זאָג געטאָן: ,ניט צו אײַך 
גערעדט, ניט אײַך געמיינט, רעב מוישע", און ער האָט זיך צעשמייכלט 
און איז ווידער אײַנגעשלאָפן. 

-- אָט האָסטו אים, -- האָט דאָ מוישע לוזין א װוּנק געטאָן אפן אײַנ- 
געשלאָפענעם, -- אָט דאָס איז ער. איז װי קומט ער אהער, און װאָס איז 
זײַן אוּוודע דאָ? 

-- דאָ? װוּ דען זאָל ער זײַן? -- האָט לוזי, װי ברויגעזלעך, אָפּגעענט- 
פערט און שוין מיט א געוויסן טייל טארומעס אף מוישעס פראגעס א זאָג 
געטאָן: -- װוּ דען זאָל ער זײַן? דו װאָלסט דאָך אים געוויס ניט ארײַנ- 
געלאָזט. 

-- ניין, פארװאָס? -- האָט מוישע אויך מיט טארומעס און א ביסל 
שפּאָטיש דערווידערט. -- כ'האָב די לעצטע צײַט געהאט דעם קאַװעד אים 
אויך בא זיך צו זען און צו האָבן -- אָט װי דו קוקסט אים אָן, אָבער ניט 
קיין שלאָפנדיקן, װי בא דיר, נאָר מיט זײַנער א געוויסער שלאָגישליכעס. 
ער איז געקומען אין נאָמען פון איינעם א ,, קעצעלע" געלט מאַנען, כאָטש 
נאָך פארן זמאן, און האָט שוין רעכט אין טיש געקלאפּט און אלע שטוביקע 
מיר איבערגעשראָקן. 

און ערשט דאָ האָט מוישע געפאָלגט דעם ברודערס אײַנלאדונג זיך צו 
זעצן און צו דערציילן דאָס, װאָס בא אים קומט פאָר די לעצטע צײַט אין 
געשעפט, אין שטוב, און איבערהויפּט -- וועגן די שװעריקײַטן, װאָס ער 
האָט אויסצושטיין, און וועגן וועלכע לוזי האָט מין-האצאד, מיט א שפּיץ 
אוער נאָר פון זיי געהערט, און איצט, דערזעענדיק מוישען אין שטוב בא 
זיך, האָט ער װוי געװאָלט פון זיי גענויער זיך דערוויסן. און מוישע מאש- 
בער האָט גענומען פון איניען צו איניען איבערגיין, אויסדערציילן און 
וועגן אלץ באריכטן, און אגעוו האָט ער דערציילט, אז ס'האלט בא אים 
שוין בא דעם, אז ער גייט נאָרװאָס פון דער היים, װווּ ס'האָט זיך געהאנדלט 
וועגן דעם, אז מע מוז װאָס גיכער דאָס שטוב-צירונג -- סײַ זײַנס, סײַ די 
קינדערס -- פארזעצן, קעדיי װאָס גיכער זיך באפרײיען פון איינעם א כויוו, 
װאָס מע מוז אים שוין טײקעף, טאקע די טעג צאָלן, װאָרעם אויב 


299 


ניט, איז ער באנקראָט, און אלע די, װאָס ס'קומט זיי און וועמען ער איז 
שולדיק, וועלן צוטרעטן און זיך אָנלויפן. 

ער איז געענגט און דערװאָרגן. ס'האלט אויך דערבײַ, אז ער װועט 
אינגיכן מוזן די שטוב, די געשעפטן און אלץ, װאָס ער פארמאָגט, אף 
פרעמדע נעמען איבערשרײַבן, ביז ער װעט זיך אויסדרייען און צוריק צו 
זײַן פריערדיקן שטאנד קאָנען קומען. אזוי האָט אים געייצעט זײַן פאר- 
טרויוּנגס-מאן, זײַן אדװואָקאט, איציקל זילבורג, מיט וועלכן ער און אלע 
אייצען זיך אין אזוינע צײַטן, און אזוי טראכט ער שוין אליין אויך. און 
דאָס, -- האָט דאָ מוישע צוגעגעבן, -- האָט אים אלץ געבראכט אויך 
אהער, צו לוזין. ערשטנס, זיך מיט אים אויסייצען פאר דעם, איידער ער 
דארף אזוינע פאראנטװאַרטלעכע טריט אָנעמען; צווייטנס -- אים איבער- 
בעטן און די פריַערדיקע ברידערלעכע באציונגען אופשטעלן, װײַל וועמען 
האָט ער נאָך אזא נאָענטן, װי אים? און דריטנס, אים, לוזין, טאקע פאָר- 
לייגן און בא אים בעטן, אז אויב ס'איז נאָר מעגלעך, זאָל ער לאָון אף 
זיך, אף זײַן נאָמען, מוישעס שטוב איבערשרײַבן. װײַל אלץ, אכוץ דער 
שטוב, װעט ער אף די נעמען פון די איידעמס קאָנען איבערפירן, אָבער 
גאָר אינגאנצן אף זיי לאָזט זיך ניט; די וועלט וועט שרײַען, און די, וועמען 
ער איז שולדיק, װעט דאָס שטארק די אויגן אופרײַסן; פארקויפן זי אצינד, 
די שטוב, קאָן ער ניט, װײַל אי קיין באלאָנים װעט ער אזוי גיך ניט 
קריגן, אי אויך דערפאר, װאָס אין אזוינע טעג, אז מע װעט הערן, אז ער 
האלט בא דער שטוב צו פארקויפן, װעט דאָס זײַן דער לעצטער סימען, אז 
דאָס, װאָס מע זאָגט אף אים אין שטאָט, און אז די קלאנגען, וועלכע טראָגן 
זיך אום וועגן זײַן לאגע, זײַנען ריכטיק; און װאָס דאָס באטײַט פאר אזא, 
װי מוישע, אין אזא צײַט, -- קאָן ער אים, לוזין, גאָר ניט אויסמאָלן. פאר- 
זעצן זי װידער בא א פרעמדן און באקומען אף איר א געוויסע סומע, װאָס 
אן אנדערשמאָל װאָלט זיך דאָס זיכער יאָ געלאָזט -- קאָן ער אויך ניט 
איבערן זעלבן אויבן געזאָגטן טאם, װײַל די זאך װעט גלײַך באװוּסט 
ווערן, און דער לעצטער צוטרוי צו אים װעט אונטערגעריסן װוערן. אזוי 
אז איין אויסוועג און איין נאָר מעגלעכקײַט זעט ער איצט ארויס -- דאָס 
איז, אף אן אייגענעמס, אף א זיכערן נאָמען זי אין דער שטיל איבער- 
שרײַבן, װי ער װעט טאָן מיטן איבעריקן -- מיט דעם נאפט- און אייל- 
געשעפט, אויך מיט דער קאָנטאָר. 

-- אי, נו, -- האָט דאָ לוזי א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ און זיך א קרים 
געטאָן, װי אף אָפּזאָגן און אף ניט װעלן. אָבער מוישע האָט אים דערצו 
ניט דערלאָזט. 

-- עמעס, -- האָט מוישע א זאָג געטאָן, -- ער ווייסט, אז לוזי איז קיין 
געשעפטס-מאן, לוזי האָט זיך קײינמאָל מיט אזוינס ניט פארנומען, אָבער 
דאָ, אין דעם פאל, דארף ער גאָרנישט ניט טאָן. ער קאָן זיך זיצן אין 
דר'היים, און אלץ, װאָס מע דארף, װעט זיך אָפּטאָן אָן אים, ער דארף 
נאָר די דערלויבעניש געבן, ער דארף נאָר װעלן און צושטימען, און אלץ 
איבעריקע װעט שוין דורכמאכן זײַן פארטרויוּנגס-מאן, זײַן אדװאָקאט, 
איציקל זילבורג. 


200 


-- ניין, -- האָט דערוף לוזי שארף געענטפערט, -- ער וויל ניט און ער 
בעט אים פון דעם אים באפרײיען. 

-- פארװאָס? -- האָט מוישע געפרעגט. 

-- װײַל ער האָט קיינמאָל מיט זײַן נאָמען ניט געהאנדלט און ער זאָגט 
זיך אויך אָפּ מיט אים וועמענס-ס'ניט-איז אוולעס צו פארשטעלן. 

-- װאָסערע אוולעס?! -- האָט מוישע א פרעג געגעבן. -- ס'איז דאָך 
דער דערעך האָױילאָם. אזוי פירן זיך אלע, ווען ס'ענג און ווען ס'מאכט זיך, 
ווען מע דארף א שווער שטיקל צײַט איבערווארטן. אזוי טוען דאָך אלע 
סאָכרים. 

-- סאָכרים -- יאָ, און איך -- ניט, און איך בעט מיך באפרײַען. 

-- איז, הייסט עס, זאָגט ער זיך אָפּ אין אזא צײַט אין אזא זאך אים 
ארויסצוהעלפן? 

-- יאָ, װײַל, ערשטנס, -- האָט דערוף לוזי געענטפערט, -- איז דאָס 
ענגעניש, װי ער זעט, גאָר ניט אזוי גוואלדיק, פאראן מענטשן, װאָס זײַ- 
נען פיל געענגטער און וועלכע האָבן זיך אין דעם זין גאָר קײינמאָל גע- 
ראם ניט געפילט, און מע פּילדערט ניט, מע שרײַט ניט, און מע האלט 
גאַָר ניט, אז דאָס, װאָס מאזאָלעס האָבן אָנגעצײיכנט און אָנגעשריבן אף 
א געוויס שטיקל צײַט, איז דאָס שוין אף אײביק און ס'טאָר גאָר קיינ- 
מאָל ניט איבערגעצייכנט און איבערגעשריבן װוערן אנדערש. 

-- װאָס הייסט? -- האָט דאָ מוישע געפרעגט. 


-- מאיראש? -- האָט דאָ לוזי געענטפערט. -- װײַל װוּ האָט דאָס מוי- 
שע גענומען, אז דאָס, װאָס ס'איז אים געגעבן געװאָרן, װי א מין פּי 
קאָדן -- װי א פרעמדנס א זאך אף א שטיקל צײַט נאָר דאָס אויסצובא- 
האלטן -- איז דאָס אים איבערגעגעבן אף באשטענדיק? ער האָט דאָס 
אים געזאָגט, און װער פארזיכערט? און װאָס שרעקט ער זיך אזוי און איז 
אזוי צעטומלט, ווען דער, צו וועמען די זאך געהער, איז זי איצט געקומען 
אָפּצונעמען? גרעסערע און כאָשעװערע זאכּן װערן דאָך געגעבן אף א 
צײַט... 

-- װאָס זשע? -- האָט דאָ מוישע א פרעג געגעבן. -- ער האָט דען, 
כאָלילע, זײַן גוטס געגאנוועט, ער זאָל דאָס ניט טאָרן האלטן פאר זײַנס? 
און פארװאָס איז אים פארבאָטן דאָס אָפּצוהאלטן פון אנטלויפן און דאָס 
אָפּהיטן פאר זיך אף באשטענדיק? ס'איז דען, כאָלילע, גנייווע, װאָס ער 
האָט קיין רעכט ניט דערוף? 

-- רעכט -- יאָ, -- האָט לוזי געזאָגט, -- קיין גנייווע -- ניט, אָבער 
א שאָכן פון גנייווע איז דאָס פאָרט, און א סימען: אָט װיל ער דאָס מיט 
אלערליי אוולעס אויסבאהאלטן, אָפּהיטן און פארשטעלן. 

-- ווידער אוולעס? -- האָט דאָ מוישע אויסגעשריגן. 

-- יֵאָ, און ער איז אפילע גרייט אויך אים, לוזין, ארײַנציַען אין אזא 
איניען, װי ניט צו דערלאָזן די, וועמען ס'קומט און וועמען ער איז שולדיק, 
אז זיי זאָלן האָבן די מעגלעכקײַט אָפּצונעמען דאָס, װאָס ס'געהער צַו זיי 
דאָך בעעמעס. 


21 


-- ס'איז דאָך אָבער נאָר אף א צײַט, און אינדערעמעסן איז זײַן מיין 
ניט צו בלײַבן אָנזעצער. 

-- מוישע! -- האָט דאָ לוזי א זאָג געטאָן, אופשטעלנדיק זיך בעשאסן 
זאָג פון זײַן בענקל, אזוי אז ער האָט אויסגעזען מיט היפּש קעפּ העכער 
פון יענעם -- ערשטנס, איבער ביכלאל זײַן הויכן װוּקס, און אויך דער- 
פאר, װאָס ער האָט זיך איצט אופגעהויבן, -- מוישע! איך בין דיר ניט 
קיין מוסער-זאָגער, און דו װועסט מיך עפשער אויך ניט הערן, נאָר ס'איז 
דיר צײַט זיך צו באדענקען, צײַט א טראכט טאָן, פונוואנען דו שטאמסט; 
אז דו ביסט ניט אף זײַד דערצויגן, און אז קיין שמאטעס שטייען דיר נאָך, 
כאָלילע, אויך איצט ניט פאָר, און דו מעגסט זיך באנוגענען מיט דעם, װאָס 
נאָך דעם, אז דו װעסט אלע דײַנע כויוועס אויסצאַלן, װעט דיר נאָך בלײַבן, 
און ניט אײַנרײַסן די וועלט, װי איך זע, און ניט װעלן דאפקע זיך האלטן 
מיט אלע הענט פאר יענעם הויכן און גליטשיקן שטאנד, װוּהין דו האָסט 
ארופגעשטיגן... װײַל ווער-ווער, נאָר דו װאָלסט געמעגט װיסן, אז אינדער- 
עמעסן איז דאָס גאָר ניט אזא הייך, און וען יאָ, איז זי גאָר ניט אזוי 
זיכער און זייער קאָפּשװינדלעריש, און מיט אזוינע מיטלען, מיט וועלכע 
דו וילסט דאפקע דאָרט פארבלײַבן פון אויבן, איז ניט פאר דיר, ניט פאר 
אונדז, און ניט פאר אזוינע, װאָס זייערע טאטעס האָבן זיי אזוינע יערושעס 
געלאָזט און אין זייערע צאװאָעס געטאָן װאָרענען. דערמאָן זיך: ויותר 
מהמה -- שרײַבט דער טאטע אין זײַן צאװאָע, -- און מער פון אלץ -- 
הזהרו, בני -- זײַט געהיט, מײַנע קינדער -- פון נאָכצױאָגן נאָך קאָװעד 
און נאָך פאלשער אשירעס, װאָס ביידע זיי זײַנען געגליכן צו יענעם שאָטן, 
װאָס א װאָלקן לאָזט אמאָל פאלן אף דער ערד, וועלכער איז פארבײַגייענ- 
דיק און אָן שום סימען פון איבערבלײַבן און מאמאַשעס. 

מוישע מאשבער האָט דאָס אלץ פון זײַן ברודער אויסגעהערט און אים 
יאָ און נישט פארשטאנען. װײַל קימאט אף צוויי פארשיידענע שפּראכן 
האָבן זיי צװישן זיך גערעדט. מוישע איז אהער געקומען נאָך טיפער באָדנ- 
ציטערניש פון זײַן סאָכרים-לאגע, און דער צווייטער, לוזי, -- גאנץ און 
לאכלוטן װײַט פון אזוינע דערשיטערונגען -- נישט נאָר ער זאָל זיי אף 
זײַן אייגענער הויט וען אמאָל געװען האָבן געפילט, נאָר אזוי װײַט 
פרעמד פון זי, אז ער האָט זײי אפילע מיטן מויעך ניט געקאָנט 
באנעמען. 

ס'איז אים אוואדע גרינג געווען צו זאָגן, לוזין; א מענטש, וועלכער 
װוינט אזש בא דער ,קלאָלע", אין א קליין געמיטלעך שטיבעלע, אָנגע- 
פירט פון אן אָרעמער ייִדענע, צוזאמען מיט א סרולין, וועלכער, אז ער 
וויל, לאָזט ער צו אים קיינעם ניט ארײַן, אויסער נאָר -- װי מעשונע 
דאָס זאָל נישט אויסזעף -- נאָר א שמוליקל שלעגער, וועלכער שלאָפט 
איצט בא זײַן טיש מיטן קאָפּ אף דער באָרד און ברוסט אראָפּגעלאָזט: און 
דאָ זיצט אים אנטקעגן א ברודער, װאָס קומט פון אזוי װײַט, אזש פון דעם 
צווייטן עק שטאָט, פון אן אייגענעם, גרויסן און פאָרנעמען הויף, קימאט 
א פּריצישן, מיט אזא פארפונדעװעטקײַט, מיט אזא נאָמען, און נאָך אלעם 
דעם אזוי געבראָכן, -- איז דאָך אוואדע פארשטענדלעך, אז די פּאָר איז 


202 


ניט געווען קיין גלײַכע, און אז די רייד פון איינעם האָט אין צווייטנס 
אויער ניט געקאָנט ארײַנקומען. 

-- איז, הייסט עס, -- האָט מוישע, נאָך לאנגן שװײַגן און נאָך דעם, 
וי לוזי האָט אים מער ניט געהאט צו זאָגן, א זאָג געטאָן, -- איז, הייסט 
עס, איז ער געגאנגען אומזיסט: קיין אייצע ניט, קיין ברידערלעכקײַט 
און קיין מינדסטע טויווע, אפילע אזא, װאָס ס'װואָלט יענעם, לוזין, גאָר- 
נישט ניט געקאָסט? איז, הייסט עס, איז ער געגאנגען אומזיסט, און לוזי 
קאָן זײַן ביטע ניט אויספילן? 

-- ניין, ער -- ניט. 

-- װער זשע יאַ? -- האָט דאָ מוישע א פרעג געגעבן. 

-- וער? -- האָט לוזי א טראכט געטאָן, און דערזעענדיק זיצן דעם 
ברודער א פארלוירענעם און א שאָפעלן, האָט ער אים געװאָלט כאָטש 
מיט עפּעס װאָס פארגרינגערן און נישט געהאט מיט װאָס. -- װער, פרעג- 
סטו? 


-- אָט!ּ -- האָט דאָ לוזין פּלוצעם דאָס גליק געטראָפן, דערזעענדיק 
סרולין אף דער שוועל פון צווייטן צימער.. ער האָט די ערשטע רעגע, 
דערזעענדיק יענעם, קימאט באװוּסטלאָזן דעם ,אָט?" ארויסגעזאָגט. אָבער 
גלײַך אין דער צווייטער רעגע האָט אים דער געדאנק און דער אײַנפאל 
שוין אויסגעזען גאָר ניט אזוי קרום, דערמאַנענדיק זיך, אז מוישע איז 
דאָך סרוליס א באלכויוו, און אז דאָ איז קיין שווינדל, װײַל סרולי האָט 
דאָך די רעכט, װי יעדער אנדערער, פאר זײַן כויוו מוישעס שטוב בא זיך 
פארמאשקנט האָבן; און פון דער אנדערער זײַט, איז ער אויך באָטועך 
געווען, אז אין סרוליס הענט איז די שטוב אין גוטע הענט, און אז ער 
וועט ניט מיסברויכן, מוישעס שווערע לאגע נישט װעלן אויסנוצן, און אויב 
די שטוב איז מער װערט, װוי דער באטרעף פון דער האלװאָע, װאָס מוישע 
האָט בא אים באקומען, װעט ער פאר וייניקער זי ניט װעלן זיך פאריי- 
גענען. 

-- אָט! -- האָט לוזי א זאָג געטאָן. 

-- װער? -- האָט מוישע, דערװײַל נאָך סרולין ניט זעענדיק, אין דער 
ריכטונג פון לוזיס האנט, װאָס איז געװוענדט געװוען צו דער טיר, נאָר 
א קוק געטאָן... און אויך ער האָט סרולין דערזען. 


ווען א קייווער װאָלט זיך אים געעפנט, ווען א טיפער אָפּגרונט מיט 
אלע פּכאָדיִם פאר אהין ארײַנצופאלן, װאָלט אים פיל ניכער געווען, װוי אָט 
דער, וועמען זײַנע אויגן האָבן אים איצט אף דער שוועל שטיין באוויזן. 

-- װאָס טוט זיך דאָ? -- האָט זיך מוישע אין גרויס פארלױירנקײַט און 
איבעראשונג א טראכט געטאָן, און די מאכשאָוֹוע האָט אים שׂיר אָט די 
ווערטער אף די ליפּן ניט ארופגעבראכט: -- װאָס טוט זיך דאַ? װוּהין האָט 
ער עס ארײַנגעטראָפן? א סװאָרע, צו לוזין? איז, ערשטנס, וי קומט אהער 
שמוליקל מיטן שלאָפנדיקן קאָפּ אף דער באָרד, און צווייטנס -- אָט דער, 
װאָס שטייט אף דער שװעל, און וועלכער, זעט אויס, גלײַך ניט ערשט 
האָט ער אהין ארופגעטראָטן, נאָר ער שטייט שוין דאָרט פון לאנג און פון 


263 


יאָרן -- אזוי קאלט, אזוי אומהיימלעך-פארגליווערט און אזוי רויִק-באאַ- 
באכטנדיק זעט ער אויס. 

-- װאָסי? װאָס אזוי איבעראשט? -- האָט דאָ פּלוצעם פונעם אף-דער- 
שװועל שטייענדיקז סרולין, װי פון א גוילעם ארױיסגעזאָגט. -- װאָס האָט 
ער זיך אזוי דערשראָקן? מע האָט אים דאָ א פּאָלע אָפּגעשניטן, אָדער מע 
קלײַבט זיך אים אָפּשנײַדן, װאָס ער האָט זיך אזא כאפּ געטאָן, װי אי 
נער, װאָס האָט אין א גאנאָװים-לאָך ארײַנגעטראָפן? 

און דאָ איז מיט מוישע מאשבער וידער געשען א זאך, װאָס בא אזא, 
וי ער, ווען ער איז באם זיכערן און קלאָרן זינען, װאָלט עס זיכער נישט 
געשען: ער האָט סרולין אָפּגעשװיגן, ניט האָבנדיק קיין װאָרט אין מויל. 
ער האָט זיך, ערשטנס, אף סרוליס װײַזן זיך נישט געריכט, און אוואדע 
שוין נישט דערוף, אז סרולי זאָל האָבן דעם גאנצן געשפּרעך זײַנעם מיטן 
כרודער דאָ אויסגעהערט און א שטומער איידעס זײַן דערבײַ, װי דער 
ברודער האָט אים אין זײַן געבעטענער טויווע אָפּגעזאָגט, און ס'איז אים 
נאָך װײיניק געווען, דעם ברודער, אליין דאָס אָפּזאָגן, האָט ער נאָך אויס- 
געפונען פאר אים אזא באל-טויווע, װאָס אליין ווען מוישע נאָר דערזעט 
אים, איז אים גענוג, אז ער זאָל זיך װוינטשן בעסער א קייװער, ביפראט 
נאָך צו רעכענען פון יענעם כאָטש א מינדסטע הילף צו האָבן. 

יאָ, מוישע איז זיכער געווען, אז סרולי איז די גאנצע צײַט, ווען ער 
האָט פארן ברודער אויסגעלייגט זײַן ענגעניש און דער ברודער פאר 
אים האָט די רעדע מיטן מוסער געהאלטן, איז יענער, סרולי, די גאנצע צײַט 
טאקע געשטאנען אף דער שװועל און אלץ אויסגעהערט, און ערשט איצט, 
ווען לוזי האָט אף אים אָנגעװויזן, איז ער מיט זײַן װאָרט ארויס: , װאָס 
איז ער אזוי איבעראשט, מוישע??. 

און דאָ איז מיט מוישען געשען א צווייטע זאך: פון גרויס אנגסט און 
קלעם, אין וועלכע ער האָט זיך געפונען, האָט ער זיך פּלוצעם פון זײַן 
בענקל א הייב געטאָן און פונעם טיש צו א נאָענטער וואנט עפּעס א גי 
געטאָן. ער האָט אליין ניט געװוּסט, צו װאָס ער טוט דאָס, נאָר צי מאכ" 
מעס ביזאָיען, צי מאכמעס גרויס אופגערודערטקײַט, האָט ער סײַ דעם 
ברודער און סײַ סרולין אין די אויגן ניט געקוקט, איז צו דער וואנט 
צוגעגאנגען, און װי צו א שטיל געבעט זיך צו איר מיטן פּאַנעם גאָר 
אוועקגעשטעלט. ,אוי", -- האָט ער, דאכט זיך, בעשאס-מײַסע נאָר א 
קורצן זאָג געטאָן, װי פאר קיינעם, נאָר פאר זיך אליין.. ער האָט זיך 
פארגעסן, יענע װײַלע פאר דער וואנט שטייענדיק, א װײַלע אָדער צַוויי, 
אַדער עפשער אויך מער, וי צוויי... און אז ער האָט זיך צוריק אויסגע- 
דרייט, האָט ער שוין לוזין לעבן סרולין בא דער שװועל שטיין געטראָפן. 
עפּעס האָט לוזי, װײַזט אויס, אין דער שטילער מוישעס מינוט געהאט גע- 
זאָגט און עפּעס איבערגערעדט מיט סרולין, און איצט, אז מוישע איז שוין 
אן אויסגעקערעוועטער געשטאנען, האָט ער שוין געהערט אויך דעם ענט- 
פער סרוליס: װאָס געהער אים, האָט ער ניט דאקעגן און אין אים איז 
ניט קיין מעניע... עמעס, קיין וועקסלען אף זײַן אייגענער אָרנטלעכקײַט 
גיט ער ניט ארויס: ער וייסט ניט, װאָס ס'קאָן זיך אים פארװועלן, זײַענ- 


2304 


דיק באלעבאָס אף דער שטוב, נאָר אויב לוזי וויל פאר אים אָרעוו זײַן 
פאר סרולין, איז מיסטאם ווייסט ער, איז זאָל ער... 

-- איך בין אָרעװ, -- האָט דאָ לוזי, זיך װענדנדיק צו מוישען, א זאָג 
געטאָן, גלײַך די שטילע מינוט, ווען מוישע איז געשטאנען בא דער וואנט, 
איז פון אים, פון לוזין, גאָר ניט כאמערקט געװאָרן, און גלײַך אינצווישן 
איז גאָרנישט געשען און ער זעצט פאָר מיט אים דעם געשפּרעך, װאָס א 
װוײַלע דערפריַער האָט ער אים איבערגעריסן. 

-- איך בין אָרעװו, -- האָט ער געזאָגט. 


און דאָ איז מיט מוישע מאשבער געשען א דריטע זאך, װאָס אין פלוג 
אומגלייבלעך, אָבער א פאקט איז, אז ער האָט איצט מיט גאָרנישט ניט 
דערווידערט. ער האָט באלד, נאָך יענער װײַלע באדאכטקײַט פון פאר דער 
וואנט, אויסגעזען אזוי, אז װאָס ס'זאָל איצטער שוין מיט אים ניט געוען 
פאָרקומען, װאָס זײַן אוער זאָל איצט ניט דערהערן, אָדער װאָס זײַן אויג 
ניט דערזען, גייט אים ניט אָן, און קאָן אים מיט גאָרנישט ניט איבע- 
ראשן, -- אפילע ניט אזא זאך, װי אז סרולי זאָל זײַן אײַנגעבעטענער 
באלטויווע װערן, װי אז סרולי זאָל אף א לענגערער צײַט װערן דער 
באלעבאָס פון זײַן הויז -- פארן כויוו, װאָס ער, מוישע, אין אים שולדיק, 
און אויך אדאנק דעם, װאָס דער ברודער בעט פאר אים. 


מוישע האָט זיך געלאָזט. ער האָט אויסגעזען, װי אן אונטערגעשניטע- 
נער, וועלכער האָט אלע זאפטן און לײַדנשאפטן אָנגעװוירן -- באנומען 
און אויסגעליידיקט, גלײַך קיינע ביזיוינעס און נאָך פיל ערגערס שטיט 
גאָר ניט צו צו אים. 

-- צי איז ער מאסקים, מוישע, און צי האָט ער פון זײַן זײַט ניט 
קעגן? -- האָט בא אים לוזי א פרעג געטאָן. 

-- ניין, ניט, -- האָט מוישע, דאכט זיך, אי יאָ, אי ניט געענטפערט. זײַן 
ענטפער איז געווען איבעריק: ס'האָט אויסגעזען, אז מיט מוישע מאשבער 
האָט מען דעמלט שוין געקאָנט טאָן אלץ, װאָס מע וויל, אלץ אים פאָרלייגן 
און אלץ בא אים פּויעלן, װײַל אף אלץ װעט ער באשטיין. 

ס'האָט אָבער קיינער, נאטירלעך, ניט אויסגענוצט זײַן לאגע צו זײַן 
ערגער. גלײַך האָט אים לוזי דעמלט געבעטן זיך װוידער זעצן צום טיש, 
און גלײַך נאָך דעם איז אויך סרולי פון צימער פארשװוּנדן, און ער האָט 
זיך אינעם צווייטן צימער, האָט מען געהערט, וי זיך צו עפּעס גענומען 
גרייטן: צי צו א מין קיבעד, אָדער טאקע צו א גאנצער וועטשערע, צו 
וועלכער לוזי האָט טאקע באלד מוישען אײַנגעלאדן. 

און דאָ איז עפּעס װידער פאָרגעקומען װוי מיט דעם ביבלישן מיילעך 
שאָול. יאָ, וי שטייט עס דאָרט געשריבן: 

,איז געקומען די פרוי צו שאָולן און האָט דערזען, אז ער איז זייער 
איבערגעשראָקן, האָט זי צו אים געזאָגט: , און איצט הער צו דאָס קאָל 
פון דײַן דינסט, און איך װעל פאר דיר צוגרייטן א ברויטמאָל און עס 
אָפּ, קעדיי זאָלסט האָבן קויעך, װען דו װעסט זיך לאָזן איז עג 
ארײַן?.. 


69 


יאָ, אזוי װי יענע, די קישעפמאכערן, נאָך דעם, װי זי האָט שאָולס 
װוּנטש דערפילט און אים אופגעבראכט דעם מעס פון קייווער, און יענער 
האָט אים אָפּגעזאָגט דאָס בייזע נעװיִעס, און שאָול האָט שוין זײַן סאָף 
געװוּסט, האָט זי אים פארן אוועקגיין געבעטן איבערבײיַסן, װײַל ער האָט 
נאָך א װײַטן וועג ביז זײַן סאָף, -- אזוי אויך דאָ איז מוישע מאשבער צו 
א סודע אײַנגעלאדן געװאָרן נאָך א װײַטן גאנג אזש צו דער ,קלאָלע?, 
צו זײַן ברודער, נאָך דעם, װי יענער האָט אים ברידערלעך, אָבער ביין 
ארײַנגעזאָגט און אין די הענט פון קימאט זײַנעם א סוינע איבערגעגעבן, 
און מוישע האָט, װי א געבונדענער, מאכמעס איין-בריירע, אף זיך גענומען 
אזוינס, װאָס אן אנדערשמאָל װאָלט ער זיך אונטער אזא זאך געצאפּלט 
און געװאָרפן, וי א געקוילעטער. 

לוזי האָט געזען דאָס אלץ אים צו פארלײַכטערן, אים פון די געדאנקען 
ארױיסשלאָגן און אים איבערפירן אף אן אנדער געשפּרעך, פון וועלכן ער 
האָט געהאט די רעכט צו טראכטן, אז יענער, מוישע, װעט, אדאנק דעם 
צווייטן, אינעם פריִערדיקן, אינעם ערשטן, פארגעסן. 

סרולי האָט זיך דעמלט באוויזן מײַסעיסארווער, מאכמעס די באשטענ- 
דיקע דינסט-ייַדענע איז אין שטוב ניט געװען. ער האָט געבראכט טיש- 
געשיר און אלץ צו דער סודע נייטיק. ער האָט אויך גענומען שמוליקל 
שלעגער אופצוּוועקן, אים אופמונטערן און אים דעם אראָפּגעלאָזטן, פאר- 
שלאָפענעם קאָפּ אונטערצוהייבן: זאָל זיך שמוליקל גיין וואשן, װײַל מע 
גייט עסן ווצטשערע. 

אויך מוישע מאשבער האָט זיך געוואשן. און דאָ, בא דער סודע, האָט 
לוזי בא מוישען גענומען אויספרעגן אף זײַנע שטוב-לײַט, אף אלע, וי 
אויך אף אלטערן. דערבײַ האָט מוישע א קליין ביסל אופגעלעבט. ער האָט, 
פארגעסנדיק אינעם פריַערדיקן, איצט דערציילט לוזין, װאָס מיט אלע, און 
דערהויפּט מיט אלטערן, געשעט פאר דער לעצטער צײַט; אז ער ווערט, 
דאכט זיך, געזונט, און אז ס'פאָדערט זיך צו אים אזא צוגאנג און באציונג, 
וי צו איינעם, װאָס האָט לאנג די שײַן נישט געזען, און אז ער, מוישע, 
איז איצט שטארק באשעפטיקט מיט די אייגענע איניאָנים, אזוי, אז ס'איז 
זיך אים שווער אָפּצוגעבן צו דעם; און אגעוו, װאָס געהער דעם געוויסן 
געשפּרעך, װאָס אלטער האָט מיט אים די לעצטע צײַט געהאט, און װאָס, 
זיצנדיק איצט דאָ פארן טיש, האָט מוישע, א ביסל זיך צובייגנדיק צו 
לוזין, אים וועגן דעם וי אין אויער אײַנגערומט, -- װאָס געהער אָט דעם 
געשפּרעך און די שריט, וועלכע מוישע רעכנט איצט אָנצונעמען, איז אויך 
נאָך גאָרניט באשטימט, און װוידער איבערן אויבן געזאָגטן טאם, ווידער 
איבער די אייגענע געענגטע איניאָנים מוישעס. 

-- מע מוז... מע דארף... און אָן שום טערעץ, -- איז דאָ לוזי ערנסט 
געװאָרן, און ער, ווידער, פון זײַן זײַט, האָט -- מאכמעס דער איניען איז 
אן איידעלער און אזא, וועגן וועלכן אפילע מאנצבלען און אפילע אזוינע, 
װי ער און מוישע, ריידן פון אים אפן װוּנק -- האָט ער צו מוישען אין 
דער שטיל זיך אײַנגעבויגן און אים ארײַנגעזאָגט דאָס, װאָס ער האָט גע- 
האלטן פאר זייער ויכטיק: 


5 206 


-- שרוי בלא אשה... שרוי בלא בנים...: -- האָט ער געהיים און שטארק 
צוטרוילעך ארויסגעזאָגט יענע װערטער, װאָס באטײַטן פאר אזוינע, וי 
לוזי, א פארברעכן, אין אלע פאלן, און אפילע אין אזא אומגליק-פאל, 
וי דאָ, װי מיט אלטערן. 

-- מע דארף.. מע מוז... און װאָס גיכער, אין גלײַכער, --האָט ער 
ווידער שטיל און זייער ערנסט צוגעגעבן. 

די שטילע סודע פון די דרײַ אָנטײלנעמער אין איר --פון לוזין, 
מוישען און שמוליקלען, װי אויך פון דעם פערטן, פון זייער באדינער 
סרולין, וועלכער האָט זיך אויך פון צײַט צו צײַט, בייס די איבערײַסן 
פון צווישן איין מאָל און צווייטן מאָל דערלאנגען, שטיל און נישט 
ריידנדיק צום טיש צוגעזעצט, -- האָט זיך שוין באלד געהאט פארענדיקט. 

שמוליקל האָט בייסן עסן אלעמאָל דעם קאָפּ געהאט פארלוירן, נאָר 
מאכמעס אכטונג צו זײַנע מיטעסער, האָט ער זיך באמיט האלטן לײַטיש, 
און ווען ער האָט זיך יעדעס מאָל אופגעכאפּט פון שלאָף, האָט ער אפגיך 
גענומען עפּעס קײַען, אָבער אָן כיישעק, פויל און שלאבעריק, און ער איז 
ווידער מיטן ביסן אין מויל אײַנגעשלאָפן. נישט מוישע, נישט לוזי, אויך 
נישט סרולי האָבן שוין אף אים קיין אכט ניט געלייגט, און געקוקט אף 
אים האָט מען נאָר, װײַל ער איז א דריטער און צום בענטשן װעט זײַן 
א מעזומען. 


מוישע האָט װי אין האלביטשאד דערציילט, װאָס ער האָט געהאט צו 
דערציילן; מינוטנװײַז האָט ער שוין אפילע פארגעסן, אז דאָס איז ער 
א צײַט נאָכן צעשיידן זיך מיטן ברודער איצט מיט אים זיך ווידער צו" 
נויפגעגאנגען; פארגעסן אפילע, צוליב װאָס, אייגנטלעך, ער האָט א 
װײַטן מעהאלעך אין דער פינצטער און אין כוישעך אזש פון דעם פאר- 
מעגלעכן טייל שטאָט אהער, אין קאפּצאָנעס, אין קויט, אין הארבסט און 
אינעם באנאכט, זיך ארײַנגעשטעלט. אזא צושטאנד איז בא אים געוען 
און אזא שטימונג האָט אָט דאָס שטיבעלע געשאפן--- מיט לוזין, סרולין 
און דעם שלאָפנדיקן שמוליקל, --אז מוישע האָט נאָכגיביק, האלב-פויל 
און צוגעשלאָגן געקאָנט איצט אָנעמען אן אײַנלאדונג אפילע דאָ איבער- 
צונעכטיקן, װי ער האָט פריִער אָנגענומען די אײַנלאדונג אף זיך וואשן, 
גיין צום טיש און זיך באטײיליקן אין דער שטיבלדיקער וועצטשערע. 

יאָ, די סודע האָט שוין געהאלטן בא ענדע... נאָר דאָ, אינמיטנדרינען, 
האָט אף דער שװועל פון עסצימער זיך באוויזן א פּארשוין --א מעשונעדי- 
קער, אן אויסטערלישער, אן אומגעריכטער פאר אלע, אָבער באזונדערס 
פאר מוישען, װאָס זײַנע אויגן זײַנען אָפּגעװױנט פון אזוינע, װײַל בא 
זיך אין שטוב האָט ער שוין מיסטאם יאָרן און צײַטן זיך אפילע ניט פאָר- 
געשטעלט די מעגלעכקײַט מיט אזוינע מיט די בליקן זיך אָנצושלאָגן 

דאָס איז געווען פּושקע, פּושקע מיט די צען צענערס.. קיינער האָט 
ניט געהערט, װי ער האָט אף ארײַנגאנג די טיר אין קיך און אין פאָדער- 


: לעבט אָן א װײַב... אָן קינדער... 


207 


צימער געעפנט; קיינער, אפילע ניט אזא, וי סרולי, האָט זײַן דערנעענ- 
טערן זיך צו דער טיר אין עסצימער ניט דערפילט. 

ער איז געשטאנען אין דער עפענונג פון דער טיר מיטן גאנצן פּאק 
בגאָדים און טראנטעס אָנגעפּעלצט, פארנעמענדיק די גאנצע ברייט אירע, 
און מיט זײַן שטילקײַט און גאָרנישט-ניט זאָגן, מיט זײַן אָנגעדראָלנקײַט 
און געפּאקטקײַט, און מיט דעם שווארצן פּאָנעם פון קיינמאָל ניט גע- 
וואשן, און מיט די װײַסלעכער פון די אויגן, װאָס האָבן, איבער דער 
אומגעוואשנקײַט פון פּאָנעם, נאָך בלאסער אויסגעזען, װי אפילע בא אזא, 
בא וועלכן ערדארבעט איז זײַן מעלאָכע, --איז ער אזוי דאָרט שטײן 
און שטעקן געבליבן, אף דער טיר, ניט ארײַן און ניט אף צוריק ארויס. 
אליין דער רייעך, װאָס האָט פון אים א גײי געטאָן, האָט אלעמען אין 
דער נאָז א זעץ געגעבן, און מוישע, װאָס איז ביז אהער די גאנצע צײַט 
געזעסן, גלײַך אזא, װאָס גאָרניט קאָן אים שוין נישט איבעראשן, האָט 
אָבער דאָ, דערזעענדיק פושקען און דערפילנדיק זײַן העסלעכן, שווער- 
איפּעשדיקן און פארדומפּענעם רייעך צו אים אין נאָז דערלאנגען, האָט 
זיך א כאפּ אוף געטאָן; דער גוויר, דער מעפונעק האָט זיך אין אים דער- 
װעקט; און בעשאס סרולי, װאָס אויך ער איז איבעראשט געוען, האָט 
צו פּושקען דאָס מאָל דאָך גוטמוטיק און אפילע צופרידן און מיט ווילנגע- 
פעלן אויסגעשריגן: , פּושקע, פּושקע מיט די צען צענערס!, --איז אין 
דער זעלבער צײַט מוישע פון פּושקעס באװײַזן זיך װי אופגעטראָגן גע- 
װאָרן, און אלע די באליידיקונגען און מיסדערפאָלגן פון ביז אהער, װאָס 
ער האָט זיי געדולדיק אראָפּגעשלונגען און פארשוויגן, האָבן זיך, אומ- 
פארשטענדלעך פארװאָס, אין אים איצט דערװעקט, און מיטן גאנצן האק- 
פּאק, מיט זײַן גאנץ געדולד און אלץ פארשויגענעם אים אופגעריסן; 

-- װאָס איז דאָ? װאָס אין דאָ פארא פּארשוינען, און װעמען לאָזט 
מען עס דאָ אין שטוב ארײַן? 

-- װאָסי? -- האָט זיך דאָ אויך סרולי אופגעכאפּט און פארן באלעבאָס, 
פאר לוזין, דאָס װאָרט גענומען. --װאָס פאר א פּסול? קום ארײַן, פּוש- 
קע, -- האָט סרולי צו פּושקען זיך געװענדט, אים פון דער שװעל אין 
שטוב אײַנגעלאדן, און יענער האָט מיטן גאנצן בארג טשערעפּאכעדיקע 
שמאטעס זיך אין שטוב ארײַנגערוקט. 

-- קום ארײַן, פּושקע, -- האָט סרולי פאָרגעזעצט, --ביסט אן אָנגע- 
לייגטער גאסט, לעבסט פון דײַן אייגענעם געשטאנק, און ביסט ניט קיין 
גוויר, און דו דארפסט צו אנדערע נאָך קיין האלװאָעס נישט אָנקומען 

דאָ װאָלט שוין געוויס געװען עפּעס געשען. דאָ װאָלט שוין מוישע 
געוויס ניט געווען אויסגעהאלטן און מיט אזוינע װוערטער געװוען ארויס, 
װאָס די סודע און דער גאנצער אָװונט װאָלט זיך, אדאנק זיי, שוין גאָר 
ניט אזוי בעשאָלעמדיק געװען געענדיקט. נאָר אין דער מינוט, וען 
ס'האָט דערבײַ טאקע געהאלטן, האָט לוזי, װי ניט אײַנהערנדיק סרוליס 
ווערטער, די קיילע מיט מאים-אכרוינים צו זײַן ברודער מוישען א דער- 
לאנג געטאָן און א זאָג געגעבן: , בענטש'.. צי ער האָט דאָס געטאָן 
אומיסטן, קעדיי יענעם, דעם ברודער, פון קאס און פון אָפּצוענטפערן 


23--9 2608 


ארויסצושלאָגן, צי גלאט מאכמעס ער האָט טאקע ניט אײַנגעהערט, און 
די צײַט פון בענטשן איז שוין געקומען, --- אזוי צי אזוי, נאָר מוישע האָט 
פונעם ברודערס הענט, פון דער דערלאנגטער קיילע און פונעם קיבעד 
זיך ניט געקאָנט אָפּזאָגן, און זיך געוואשן, ער האָט אויך לוזין און שמו- 
ליקלען געלאָזט דאָס זעלבע טאָן, און שוין אפגיך, אפגיך, װוי כאפּנדיק 
און אײַלנדיק װאָס גיכער די שטוב צו פארלאָזן, האָט א זאָג געטאָן: 
,ראבויסײַ, מיר װעלן בענטשן?. 

ס'האָט זיך, אזויארום, נאָך געענדיקט גוט. גלײַך נאָכן בענטשן האָט 
זיך מוישע צום אוועקגיין גענומען גרייטן. לוזי, בעשאס מוישע האָט שוין 
געהאלטן באם אָנטאָן דעם מאנטל, איז צוזאמען מיט אים אף דער שװעל 
פון עסצימער געשטאנען, און שטילערהייט, און ווי פאָרזעצנדיק דעם 
אָנהײיב געשפּרעך פונעם אָנהייב אָװונט, אים װײַטער עפּעס ארײַנגעזאָגט, 
דערבײַ האָט מען געהערט, וי לוזי האָט אים עפּעס װי געטרײסט, און 
טרייסטנדיק צוגעגעבן: 


-- נישקאַשע... און זאָל דאָס אים, מוישען, דינען פאר א תשובת 
המשקל..: ארויסגעטריבן א מענטשן, איז אים געוויזן געװאָרן, אז ס'איז 
ניט רעכט, און אז דער געטריבענער קאַן אמאָל אליין גאָר באלעבאָס 
ווערן... נישקאַשע, מוישע, און אזא, װי ער, מעג אויך וועגן אזוינע זאכן 
אמאָל א טראכט טאָן.. -- דערבײַ, ווען לוזי האָט מיט אים אָט יענעם 
לעצטן סאָף-געשפּרעך געפירט, איזן סרולי פון יענעם צימער, װוּ די 
סודע איז פאָרגעקומען, נישט געבליבן. ער איז ארײַן אין צווייטן, דער- 
נאָך אין קיכל, און דאָרט זיך בא עפּעס געפּאָרעט. און אז מוישע איז, 
א באגלייטער פון לוזין, אָנגעקומען אהין, קעדיי פון דאָרט דורך דעם 
פאָרהײַזל שוין אין דרויסן ארויסצוגיין, האָט אים סרולי דאָרט עפּעס 
באגעגנט מיט א הײיימיש-אָנגעצונדענעם לאמטערן, און בעשאס יענער, 
מוישע, האָט שוין געהאט געעפנט די טיר אין גאס ארויס, האָט אים סרולי 
דעם לאמטערן אין האנט ארײַנדערלאנגט און בעשאס-מײַסע נאָך צוגע- 
געבן אָט װאָס: 


-- ער באשטייט, און אז ס'וועט האלטן דערבײ, זאָל ער זיך צו אים 
ווענדן. 


מוישע האָט אים גאָרנישט ניט געענטפערט און אים קימאט קיין גוטע 
נאכט ניט געזאָגט, נאָר די שײַן פון דעם לאמטערן, וועלכן יענער האָט 
אים אין האנט ארײַנגעגעבן, האָט אים געשײַנט, סײַ װען ער איז פון 
שטוב ארויס און ער האָט נאָך לאנג אין דעם דריטן טייל שטאָט זיך גע- 
פונען, סײַ אויך, בייס ער איז ארוף אין דעם פארמעגלעכן טײל, װוּ 
דאָרט װאָלט מען זיך שוין אויך אָן דעם לאמטערן געקאָנט באגיין. דאָך 
האָט ער אים אויך דאָרט ניט אוױיסגעלאָשן, און ביז אהיים האָט ער אים 
אן אָנגעצונדענעם און א שײַנענדיקן דערטראָגן. 





די טשוּווע פון גלײַכגעװיכט. ווען איינער זינדיקט מיט פרויען, אין זײַן 
טשוּווע, ער זאָל זיך אָפּשײדן פון פרויען, -- מיט עסן, זאָל ער פאסטן, אאו. 


ווז 
אלטער. דרײַ באזוכן בא אלטערן 


.= 
- == יי 


אטירלעך, אז װי נאָר בא אלטערן האָט 
דאָס מאנצבל-געפיל אופגעוואכט און איז 
אים הארב צוגעטראָטן, איז די ערשטע 
פרוי, וועלכע האָט זיך אים אף זײַן קורצן 
וועג פון זײַן אייבערשטיבל אין הויף 
ארויס, דורך דער קיך דורכגייענדיק, 
באגעגנט, איז געווען די ייַנגערע דינסט 
גנעסיע, די, װאָס מיטן הויכן פולן בוזעם 
און מיטן ווארעמען מולטענעם קאָפטל, 
װאָס האָט אים אזוי פארכאפּט, אז ער 
יי 5 ש פלעגט, אף איר קוקנדיק, בלײַבן קימאט 
= ==== טאש געליימט און אָן לאָשן. דאָס הארץ האָט 
יב = = אים געקלאפּט, באטאָג זי זעענדיק, בי- 
פראט באנאכט, ווען ס'פלעגט אים אויס- 
קומען דורך דער קיך פארבײַ איר בעטל זיך דורכרוקן, פון וועלכן ס'האָט 
אים אלעמאָל א זעץ געטאָן מיט אזא ליבער און אין די ביינער זיך צע- 
גייענדיקער ווארעמקײַט, אז דער קאָפּ פלעגט זיך אים פארדרייען, די 
פיס האָבן זיך אים אונטערגעהאקט, און א האָר איז אָפּגעגאנגען, ער זאָל 
שיר, אן אונטערגעבראָכענער, פארן בעטל קניִען, אָדער טאקע אפן בעטל 
צו גנעסיען זיך ארופווארפן. 
ער האָט אפילע אָפט אומיסטן שפּעט-באנאכטיקע דורכגייעכצן און 
שפּאצירן דורך דאָרט זיך אויסגעטראכט, האלב-נייטיקע און גאָר נישט 
נייטיקע, אבי אין יענעם אָרט זיך אָנשלאָגן, װוּ ער זאָל מיט יענער 
פרוייַשער װוארעמקײַט ווידער און ווידער אן אָטעם טאָן, און אמאָל אויך, 
ווען ס'וועט אים גליקן, אין א ווייך-אראָפּגעלאָזטער האנט זיך אָנרירן-- 
אין א האנט, א פוס, אָדער אין נאָך עפּעס אָנגענעמס. 
נישט אומזיסט האָט די עלטערע דינסט דער גנעסיען שוין דערוף 
אופמערקזאם געמאכט, און איר, וי שוין דערמאָנט, אמאָל א זאָג געטאָן; 





230 


-- מויד, װאָס קוקט ער אף דיר אזוי, אלטער? װאָס האָט ער בא דיר 
אזוינס דערזען? 

יאָ. אלטער פלעגט שוין יעדעס מאָל, נאָך אָט אזא שפּאציר פארבלי 
דעם באנאכטיק-שלאָפנדיקן דינסט-מיידל, ארופקומען צו זיך א פארסאָפּע- 
טער, א פארשוויצטער, אונטערן הארצן אים אונטערגעבראָכן, און לאנג 
האָט ער זיך קיין אָרט אפן בעט ניט געפונען, און נאָך לענגער -- קיין רו 
אין שלאָף. 

דעמלט פלעגט צו אים קומען צו כאָלעם יענע פרוי, וועלכע, וי ער 
האָט געדענקט, האָט אים נאָך אמאָל, אין זײַן גאָר פריִער יוגנט, אין זײַנע 
ערשט-לײַדנשאפטלעכע נעכט, באזוכט, -- יענע, װאָס איז שווארץ-גע- 
קרוינט, וועלכע קומט אָפט אין מאלבושים, אָבער א רעגע געדויערט, און 
זי איז שוין אָן זיי--- הויל, נאקעט... יענע, װאָס קומט קעסיידער צו יוגנט, 
וועלכע האָט נאָך קיין טאם זינד ניט פארזוכט, און זי גיט זיך זיי אָפּ. 

אלטער האָט דערפאר געציטערט.. און דאָך איז ער ניט אימשטאנד 
געווען ניט זיך אָפּצוהאלטן פון אף גנעסיען --אפן לעבעדיקן מיידל מיטן 
הויכן, פולן בוזעם -- צו קוקן און ניט װעלן זי פארבײַגיין, אי אוואדע 
ניט אימשטאנד, אז נאָך דעם, ווען ער איז פון איר, פון גנעסיען, מיט 
הוילער לעכצונג נאָר ארויס, אָפּצוהאלטן זיך באנאכט אין שווערן, הייסן, 
לײַדנשאפטלעכן שלאָף פון צו באקומען באפרידיקונג כאָטש בא יענער, 
וועלכער איז, קעגן זײַן ווילן, אף זײַן בעט געקומען אים באפוילן, 

דאָס איינציקע, װאָס ער האָט געקאָנט טאָן צו זײַן בארויַקונג און צו 
זײַן געמיט-דערלײַכטערונג אין אָט דעם שטאנד, אין אָט דעם שטראָם, אין 
וועלכן ער האָט, װוי אין א קעסל-קאָך ארײַנגעטראָפן, זיך פארדרייענדיק, -- 
איז געווען דאָס, װאָס ער האָט, פון גרויס פארלױירנקײַט, אזש לאָשן און 
מוט געקריגן פאר אזא זאך, מיט וועלכער, װי מיר געדענקען, ער איז אין 
איינעם א באנאכט, ווען זײַן ברודער מוישע האָט זיך שפּעט פון זײַן בא- 
זוך באם ראָוו רעב דודין אומגעקערט, צו אים געקומען און מיט דער 
ווילדער, אײַנשטעלערישער פאָדערונג ארויס: --יענער זאָל אים כאסענע 
מאכן. 

ס'איז אוואדע מעשונע און אײַנשטעלעריש געוען. אָבער, צװישן 
אזוינע צוויי פּײַערן זיך געפינענדיק, אין אומעגלעך געוװוען פאר אזא, 
װי אלטער, אז זײַן גאנץ לײַב און זײַנע קליידער זאָלן זיך אים ניט 
נעמען סמאלען, און אז ער זאָל ניט טאָן דאָס, װאָס מ'טוט געוויינלעך, 
װען מע האלט באם ברענען, וען קויכעס דאָפּלען זיך און מע װערט 
פיייַק אף אזוינס, װאָס ווען ניט בא א סרייפע, אין דאָס פאר קיינעם אין 
קיין פאל גאָר ניט שײַעך. 

װײַל מיט אלטערן האָט שוין דעמלט געהאלטן װײַט, זייער װײַט: ער 
האָט זיך שוין איינמאָל א באנאכט, זײַענדיק אין קיך און אין דער פינצ- 
טער, צװוישן די צוויי שלאָפנדיקע דינסטן זיך געפינענדיק, עפּעס צו 
לאנג בא איינעם זייערן א געלעגער זיך פארהאלטן... צי ער האָט א טאָעס 
געהאט און ער איז געקומען צו דער אלטער אָנשטאָט דער יונגער, צִי 
ניין, צי עפשער טאקע צו דער יינגער, נאָר די אלטע האָט זיך גראָד 


21 


דעמלט אין שלאָף דורכגעװאָרפן און האָט אים באמערקט,--װי ס'איז 
ניט געווען, נאָר מיטן געזונטן פרויען-כוש האָט יענע, די עלטערע, דעמלט 
דערפילט, אז אלטער אין דאָרט שוין גאָר ניט צופעליק פארזאמענדיק 
שטעקן געבליבן, נאָר מיט עפּעס א געוויסן מיין א מאנצבלשן, וועלכער 
האָט זיך געקאָנט ענדיקן מיט גוואלדן מיצאד דער מויד, דער גנעסיען 
און פאר אלטערן און פאר די באלעבאטים מיט גאָר ניט קיין אָנגענעמען 
סקאנדאל. 

זי האָט אינדערפרי בא דער ייַנגערער זיך דערפרעגט וועגן דעם: צִי 
האָט זי ניט געהערט, צי האָט זי ניט געפילט באנאכט גאָרניט. יענע האָט 
ניט געװוּסט צו זאָגן. אָבער שפּעטער אן אפדערנאכט --מעג זי שװערן, 
די ייַנגערע, -- האָט זי אין שטארקן שלאָף דערפילט עמעצנס א האנט צו 
אירע פארבאָרגענע ערטער זיך שארן. דעמלט האָט זי שוין, פון איר זײַט, 
אינדערפרי דאָס דער עלטערער דערציילט, און יענע האָט דערוף געהאט 
צו זאָגן, אז יאָ, ס'איז דאָך קלאָר, אז איר כשאד באשטעטיקט זיך; 

-- נו, יאָ, מויד, װאָס זשע? כ'האָב דען אויסגעטראכט? כ'האָב דאָך 
אליין געזען, װי ער האָט איבער דיר באנאכט געדוכנט. אפּאָנעם, ער דארף 
דען ניט, װאָס אלע דארפן? װאָס זשע? ער איז א האָלץ-באָק, צי זײַן 
נעשאָמע איז פון קלאָטשע? 

אזוי, אז אלטערן איז דאָס געפיל אָנגעקומען פארפלייצנדיק, און פון 
גרויס ראש און געפּלעפּטקײַט האָט ער זיך געטראָפן, וי צוגעשלאָגן און 
צו דער ערד אראָפּגעפּלעטשט. נישט גלאט אזוי זיך געזאָגט , אראָפּגע- 
פּלעטשט", נאָר טאקע ווירקלעך, מאמעש, װײַל װען קיינער האָט ניט 
געזען, און ער איז, וי געוויינלעך, געבליבן אליין בא זיך אין צימער, 
פלעגט ער אָפט, װי פון א שװערער מאסע געדריקט, מיטן רוקן אין א 
וואנט זיך אָנשפּארן און דורך איר זיך אף דער ערד אראָפּלאָזן. נישט 
אף קיין בענקל, װאָס האָט זיך געפונען אין צימער, זיך אוועקזעצן, נאָר 
דאפקע אף דער ערד, אף די קני געבויגן און מיט דער פּלײצע אין וואנט 
אָנגעשפּארט. דאָס האָט געקאָנט דינען פאר א באװײַז אָדער פאר אייניקע 
פארבליבענע רעשטלעך נאָך פון זײַן אמאָל געוועזענער שלאפקײַט; נאָר 
ניין, גיכער איז דאָס אים געקומען פון דעם אויבן דערמאָנטן געפיל, װאָס 
האָט אים מעשונע געבראָכן און צוגעשלאָגן. 

און דאָס איז געווען די ערשטע שװעריקײַט אלטערס פון נאָך זײַן 
געזונט װערן. 

די צווייטע שװעריקײַט זײַנע איז געווען דאָס, װאָס זײַנע אמאָליקע 
לערןיקענטענישן האָבן זיך אים אומגעקערט און זײַנען אים, װי פון א 
פארהוילענער האנט, צוריק אראָפּדערלאנגט און אָפּגעגעבן געװאָרן. 

מע האָט אים וי פון הימל באגליקט. אז ער האָט דאָס ערשטע מאָל 
ארײַנבאקומען א סידער אין האנט, האָט ער אים מוירע געהאט צו עפענען: 
טאָמער האָט ער פארגעסן לײענען; אז ער האָט געעפנט און געזען אז 
לייענען קען ער, האָט ער מוירע געהאט, טאָמער פארשטייט ער נישט די 
טײַטשיװערטער; אז ער האָט געזען, אז ער פארשטייט יאָ, האָט ער שוין 
מער קיין ערנסטערן סייפער אין די הענט נעמען זיך ניט אײַנגעשטעלט; 


372 


דאָרט איז דאָך, געוויס, אלץ פארכאסמעט אף זיבן שלעסער... אז ער האָט 
זיך אָבער, לעסאָף, יאָ אײַנגעשטעלט, יאָ גענומען און ווידער פארשטאנען, 
איז ער אזוי איבערגליקלעך געווען, אז ס'האָט זיך אים געדאכט, אז גאָלד 
שיט זיך אים פון די ארבל, און גלײַך ער האלט אין איין אָנשטאָפּן מיט 
דעם פולע קעשענעס, און די קעשענעס קלעקן אים ניט און גײיען אים 
איבער. און פּונקט, װי יענער קארגער, װאָס ער קאָן זײַן אויג מיט די 
אויצרעס ניט זעטן, און שפּיגלענדיק זיך אין זיי, פארגעסט ער אין אלץ, -- 
אזוי איז אלטער די ערשטע צײַט אזוי פארכאפּט געווען פון זעטן זיך מיט 
זײַנע נײַ אים צוגעקומענע און וידעראמאָל דערװאָרבענע קענטענישן 
אז ער האָט די שײַן פון טאָג ניט געזען, די ליכט ניט באנאכט, נאָר ער 
האָט זיך אלץ, װי יענער קארגער, פון זיי זיך ניט געקאָנט אָפּרײַסן. 

פאר אלטערן האָט זיך געעפנט א ועלט, װי פאר איינעם פון א צוי- 
בער-מײַסע, וועלכער קומט אָן פון לאנגע װאָגלענישן אין הויכע פּאלאצן, 
ארומשפּאצירנדיק דאָרט צו זײַן װוּנדער און קאָן זיך מיט יענע שײנקײַטן 
נישט גענוג אָנקוקן. אלטער איז מיטאמאָל, װי פון שטארק אָרעם ווילד 
רײַך געװאָרן. אָנהײבנדיק פון די פארגעניגנס, צוערשט נאָר פון קענען 
לייענען, דערנאָך פון פארשטיין, דערנאָך פון אין אלע שװוער-ספאָרימדיקע 
טיפענישן אראָפּצונידערן און צו אלע פּאלאצדיקע הייכן דערגרייכן, איז 
ער טאקע גלײַך געװוען װידער וי צו יענעם פון דער צױבער-מײַסע, 
וועלכער הייבט זיך פריַער ארוף אף פרעמדע טרעפּ, קומט צו פרעמדע 
טירן, דערנאָך אליין אין די כאדאָרים, װוּ כידעש אף כידעש באגעגנט 
אים, װוּ ער שפּאצירט א פארבלעפטער און האָט נאָר מוירע, אז די גע- 
שעעניש זאָל זיך אים אינמיטן ניט איבערײַסן, װײַל ער גלייבט די 
אויגן ניט, 

פאר אלטערן איז דאָס א גרויס גליק געווען. ס'האָט דאָך אים דערװײַל, 
ווען ער האָט נאָך מיט קיינעם פון די לעבעדיקע ארום קיין שום נאָענטע 
בארירונג נישט געהאט, פארביטן אלע מינים בארירונגען. דאָרט, אין די 
ספּאָרים, האָט ער אויך געפונען א מאָקעםימיקלעט, װוּ זיך אויסצובא- 
האלטן, ביזוואנען די בליקן פון די היימישע װעלן זיך צו אים און צו זײַן 
נײַעם שטאנד צוגעוווינען, ביז מע װעט מיט אים געפינען אן אלגעמיין 
לאָשן, אלגעמײינע באציונגען, און ביכלאל, ביז ער װעט אופהערן זײַן א 
פרעמדער צװישן אייגענע. 

דאָרט אויך האָט ער זיך אָפט אָנגעשלאָגן אף אזוינע ערטער, וועלכע 
האָבן אים, לערנענדיק זיי באטאָג, דערמאָנט אין זײַנע גארענישן באנאכט, 
ווען ער רוקט זיך ביגנייווע-אויסבאהאלטן פארבײַ דעם פרויען-בעטל, 
פארבײַ דעם געגארטן לײַב מיט אלע רייצן, װאָס א לײַב פון א פרוי האָט 
פאר א מאנצבל, ביפראט פאר אן אויסגעהונגערטן מאנצבל, אוביפראט 
פאר אזא, װי אלטער איז. ווען ער האָט זיך אָנגעשלאָגן אין יענע ערטער, 
פלעגט זיך אים דער טאָג מיט דער נאכט צונויפמישן, פאר די אויגן האָבן 
זיך אים פּײַערדיקע רינגען ארומגעדרייט, און ער פלעגט זען אזוינס, װאָס 
אן אנדערער װאָלט זיך אין דער װירקלעכקײַט געװונטשן זען א צענטל 
פון יענער שיינקײַט, פון יענער פּראכט, פון יענע גוואלדיקע פארגעניגנס, 


073 


װאָס אזא מענטשלעכער מויעך, װי אלטערס, קאָן פון זײַנע װילדסטע, 
פאריאָגטע און פארטישקעוועטע באהעלטענישן ארויסציען. 

יענע ערטער האָבן פאר אים צעעפנט א װעלט, אין וועלכער ער איז 
איצט ארײַן מיט אזא דורשט, וי איינער, װאָס איז לאנג אין א היציקער 
מידבער אומגעגאנגען און מע האָט אים אָקאָרשט נאָרװאָס צו א פריש- 
קילנדיקן קוואל צוגעלאָזט, ווען ער פאלט צו א צעפּאָלאָכעטער, א צע- 
היצטער, ביז זיך פארכלינען און ביז קימאט דעם זינען פארלירן. 

אזוי, לעמאָשל, האָט ער זיך יעדער פרײַטיק באזונדערס געפילט, ווען 
ער פלעגט זאָגן דעם שיריהאשירים. 

אן אלטער מינהעג איז פארבליבן אין דער מישפּאַכע מאשבער פון 
זייער פאָטער און פאָטערס פאָטער, ביז ארוף אין די דוירעס, אז פרײַטיק 
האָבן מאנצבלען דעם שיריהאשירים הויך אף א קאָל, מיט א געזאנג און 
ברען ארויסגעזונגען. זייער פאָטער פלעגט אים זאָגן אין שול, און אוילעם 
האָט שוין געװוּסט, און מע האָט די טירן און די פענצטער באלאגערט, אים 
הערנדיק; אויך לוזי האָט אים געזאָגט אף זײַן אויפן, אויך מוישע, שוין 
א סויכער און וועלטימענטש, אָבער אויך ער איז פון דער טראדיציע ניט 
אָפּנעשטאנען. 

אויך אלטער האָט זיך איצט אינעם מינהעג דערמאָנט, און נאָכן וואשן 
זיך אף שאבעס, נאָכן איבערטאָן װעש, און בלײַבנדיק בא זיך אליין אין 
צימער, װוּ די פענצטער קוקן ארויס זומער אין א סאָד פול מיט ביימער 
און גרינס, און איצט -- הארבסט -- אין א ליידיקלעכן סאָד, אָבער דאָך מיט 
ביימער, װאָס װועלן שפּעטער, פרילינג-צו, זיך ווידער אין גרינס אָנטאָן, -- 
האָט ער גענומען זאָגן, און װי נאָר ער האָט דעם ערשטן פּאָסעק אף די 
ליפּן גענומען, אזוי האָבן זיי אים שוין אָנגעהויבן טריפן, וי מיט האָניק 
פון עפּעס אזא מין סאָרט זיסיקײַט, װאָס דוירעס, גאנצע דוירעס, האָבן 
זיך פון איר געשפּײַזט, און אויך פאר אים, פאר אלטערן, איז נאָך פון 
איר גענוג פארבליבן. 

באלד נאָכן ערשטן פּאָסעק שוין האָבן זיך אים די אויגן פארבלעזלט, 
פארהײַטלט, און ער האָט זיך דערזען אין א װײַט זוניק לאנד, מיט הויכע 
בערג אף די האָריזאָנטן; װאָס פון באטאָגיקער גרויסער זון און היץ צי- 
טערן זיי, װי אין א מין פארװאַלקנטן נעפּל; און דאָרט, אף די בערגס 
הױיכקײַטן, זעט מען ווען אמאָל א יונגן הירש, א יונגע אינד זיך באװײיזן, 
און אמאָל אויך צוויי ---א פּאָר הירשן, א פּאָר אינדן, --װאָס לעכצן אי 
זון, אי וואסער, אי הױיכקײַט, אי ליבע, און זיי קוקן אראָפּ, קוקן אריבער 
אין לא נד ארײַן, אין די װײַטע טאָלן, צו די פּאסטעכער מיט שאָף בא 
די קוואלן, צו די לאנדיטעכטער מיט וואסער-קרוגן בא די ברונעמס, און 
צו די היטער און היטערנס פון די אָפענע און פארשלאָסענע װײַנגערטנער, 

און דאָ, זאָגנדיק, איז שוין אלטער געווען בא יענע פּאסטעכער, וועלכע 
קומען אינמיטן העלן טאָג זייערע טשערעדעס אָנטרינקען, אראָפּלופנדיק 
פון די בערג מיט זייערע װײַסע און שווארצע שאָף, ציגן, ווידערס און 
רינדער -- אין שטויב, מאכנעסװײַז און טשערעדעסװײַז. 

דאָס געזאנג פון אלע געזאנגען?.. 


2574 


דערהערט ער דעמלט פון א גאָרטן א קאָל ארויסזינגען. און דאָס קאָל 
קומט פון אזא, צו וועלכער ער גארט, פון אזא, װאָס אלע זײַנע געדאנקען 
פון סײַ באטאָג, סײַ באנאכט דרייען זיך ארום איר יונג לײַב, װאָס אין 
,שווארץ, אָבער שיין, איר, טעכטער פון יערושאָלאיִם?, װי ס'זינגט זיך 
אין דער ליד; פון אזא, װאָס אף איר געלעגער באנאכט קאָן אויך זי, װי 
ער, ניט אײַנשלאָפן און גייט זוכן איר געליבטן און פרעגן בא די שאָמרים 
פון באנאכט, אזוי װי ער, אלטער, װאָס, אז ס'ווערט אים ענג די לעצטע 
צײַט, און ווען זײַן בעט הייבט אים אָן ברענען, גייט ער ארויס אין הויף 
און שטעלט זיך פארן ברודערס פענצטער אָן װערטער און טוט בא אים 
אָפּמאָנען דאָס צוגעזאָגטע און פארשפּראָכענע. 

-- ,כ'האָב אױיסגעטאָן מײַן העמד, װי זאָל איך דאָס צוריק אָנטאָן?" 

-- ,כ'האָב אײַנגעוואשן מײַנע פיס, װוי זאָל איך זיי צוריק אײַנריכטן?" 

-- , מײַן פרײַנט האָט דורכגערוקט זײַן האנט דורך דער ריגל-טיר, און 
אלע מײַנע אינגעוויידן האָבן, אים אנטקעגן קומענדיק, אופגעברומט..? 

און זאָגנדיק דאָס, זײַנען די אויגן בא אלטערן ווילדיפארבלעזלט פון 
געפינען זיך אינעם װײַטן זוניקן לאנד, מיט די בערג, מיט די הירשןן, 
מיט די פּאסטעכער און מיט יענעם קאָל, פון א פארשלאָסענעם װײַנגאָרטן 
ארויסגעקומען, װאָס מאָנט און דערמאָנט, װאָס קומט מיט יענעם וויי, װאָס 
נאָר ליבנדיקע ווייסן פון אים אין זייער ליד און ליידן. 

,אף מײַן געלעגער באנאכט האָב איך געזוכט דעם, װאָס מײַן לײַב 
האָט אים ליב, -- געזוכט, און נישט געפונען?. 

,װווּהין איז אוועק דײַן פרײַנט, דו שענסטע צװישן פרויען? װוּהין 
אוועק -- וועלן מיר מיט דיר צוזאמען זוכן? 

,מײַן פּרײַנט האָט אראָפּגענידערט אין זײַן װײַנגאָרטן, צו זײַנע רויז-י 
בייטן?.., 

און אזוי װײַט און הויך פארקלינגט און פארכלינעט זיך דאָס קאָל, 
אז אלטער בלײַבט שטיין, װי מיט אן אָפן מויל, גלײַך ער האָט דאָס 
ארויסדערהערט טאקע פונעם גאָרטן, װאָס פאר זײַנע אייגענע פענצטער. 
ער בלײַבט מאט, מיט שלאבעריקע הענט אראָפּגעלאָזט, די בליקן בלאָנ- 
דזשען אים, און ווען א פרעמדער װאָלט זיך דעמלט צו אלטערן אין צימער 
ארײַנגעשטעלט, װאָלט זיך אים געדאכט, אז ער זעט אים, וי אין א 
פריַעריקער צײַט אמאָל, בייס זײַן שלאפקײַט, ווען ער פלעגט זיך צו זײַן 
אינערלעכער שטים צוהערן, און אז אָט באלד װעט ער איר אנטקעגן 
גיין, דער שטים, מיט מעשונע קוילעס פון בויך און פון די קישקעס ארויס- 
געקומען. נאָר ניין. אלטער שטייט פארבלעפט, דאָס קאָל ציט אים וי 
די קליי פון די ביינער, און פון גרויס פארכאפּט זײַן פונעם קאָל דערפילט 
ער זיך אויסן, אָן אָטעם, ס'ווערט אים הייס, מלאָסנע, ער צעשפּיליעט דאָס 
העמד פונעם לײַב, און פון ווילדער איבערגעלאָדנקײַט קאָן ער זיך קיין 
אָרט אף קיין בענקל ניט געפינען, אויך ניט שטיין בלײַבן, װוּ ער שטייט, 
נאָר ער גייט װוידער צו איינער א וואנט צו, שטעלט זיך צו איר מיטן 
רוקן, רוקט זיך דורך איר אראָפּ פּאמעלעך און בלײַבט אזוי אן אונטער- 
געבראָכענער, אין די קני געבויגן, אף דער ערד זיצן. 


און דאָס איז די צווייטע שװעריקײַט אלטערס, זינט זײַן זין-דערלײַכ- 
טערונג. 

און די דריטע -- דאָס איז די לאגע פון זײַן ברודער מוישעס שטוב. 

ער איז װײַט געווען פון שטוב-איניאָנים. ער האָט אויך איצט געװוּסט 
נאַר פון זײַן אויסהאלט, װאָס איז אים געגאנגען, װי ביז אהער, וען 
מע האָט אים מיט אלץ באזאָרגט, מיט עסן, טרינקען און האלבאָשע, -- 
אזוי, אז אורטיילנדיק לויטן אויסהאלט, האָט אלטער פון קיין שלעכטס און 
פון קיינע ענדערונגען קיין אנונג נישט געהאט און נישט געקאָנט האָבן 
און דאָך אליין נאָר פון די פּענעמער פון די שטוב-לײַט, װאָס פלעגן זיך 
אים פון צײַט צו צײַט באגעגענען, האָט ער זיך געשטויסן, אז עפּעס אין 
ניט רעכט און ניט אלץ קעשורע אין שטוב. 

ער האָט זיך פריִער געװאָלט דאָס דערקלערן דערמיט, װאָס נעכאמקע, 
מוישעס טאָכטער, איז עפּעס ניט געזונט, און אז דאָס איז די סיבע, װאָס 
דריקט אף אלע, וועלכע מע באגעגנט אין פארטראָגנקײַט און טרויער. 
נאַר אז ער האָט זיך װײַטער צוגעקוקט און װידער זיך באגעגנט, האָט 
ער פארשטאנען, אז ניין און אז אלנפאלס איז ניט דאָס די איינציקע סיבע. 

אז ער האָט גענומען נאָכקוקן, האָט ער זיך װאָס א מאָל אלץ מער און 
מער איבערצײַגט, אז אין שטוב געשעט עפּעס אזוינס, װאָס באם נאָמען 
קאָן ער דאָס ניט אָנרופן, אָבער װי א װאָלקן איז אף דער שטוב, וועלכער 
רוט אפן דאך און דרינגט ארײַן דורך אלע טירן און פענצטער, דורך אלע 
שפּאלטן און לעכער, און אלע האָבן פולע לונגען פון אים. אָנהײיבנדיק 
פון די קליינע קינדער, וועלכע האָבן זיך די לעצטע צײַט גענומען האלטן 
שטילער, װי אלעמאָל קינדער, און אָפּנערעדט שוין פון די עלטערע, וי 
זײַן ברודער מוישע, זײַן װײַב גיטעלע, װי יודעס, זײַן טאָכטער, און װי 
די ביידע איידעמס, יאנקעלע גראָדשטײן און נאָכעם לענטשער, װאָס װאָס ‏ 
א טאָג זײַנען בא זיי אלץ מער די שטערנס פארפינצטערט געװאָרן, און 
װאָס װײַטער, האָט ער געזען, װי בא אלעמען זײַנען די קעפּ און מויכעס 
שטארק פארדרייט, און אז דערפאר סטײַען בא זי פאר אים, פאר אלטערן, 
אפילע די מינדסטע ווערטער ניט, ווען מע באגעגנט אים. 

אלטער האָט אויך פארשטאנען, אז דאָס איז די סיבע, פארװאָס זײַן 
ברודער מוישע האָט, נאָך זײַן געשפּרעך מיט אים וועגן אזא ויכטיקן 
איניען אין יענעם געוויסן אפדערנאכט, קיין איין מאָל מיט אים ווידער 
קיין רייד דערפון ניט פארפירט, ניט פארזיכערנדיק אים, אז ער האָט דאָס, 
אלקאָלפּאָנעם, אין זינען, אז ער טראכט דערפון, און אז סאָפקאָלסאָף װעט 
ער זיך דערפאר וידער נעמען. ניין, יענער האָט דערפון ביכלאל ניט 
מאזקיר געווען, און אויך אים אויסגעמיטן, ווען ער האָט זיך מיט אים 
גאָר נאָענט און אויג אף אויג אפילע אָנגעשלאָגן. 

אלטער איז דערום ארומגעגאנגען מיט א פולן קאָפּ אומפארשטאנד, ניט 
האָבנדיק זיך צו וועמען צו ווענדן. ער האָט געפילט, אז אויב מע זאָגט 
אים ניט, מע געטרויט אים ניט, איז אז ער װעט אפילע פרעגן, װעט מען 
אים ניט קלאָר ענטפערן, אָדער מע װעט אים מיט א ליאדע שטרויענעם 
טערעץ אָפּשטױסן, װי מע טוט טאָמיד מיט קינדער, אָדער מיט זײַטיקע, 


36 


ווען מע וויל ניט, אז זיי זאָלן זיך ניט אין זייערע איניאָנים מישן; װײַל 
יאָ, אלטער האָט געזען, אז שטוב-לײַט האלטן ניט פאר מעגלעך און פאר 
נייטיק אים אין זייערע ערנסטע איניאָנים ארײַנצוציען, װײַל מע האלט, 
אז ס'איז נאָך צו פרי פאר אים, ניט פאר זײַן מויעך דאָס צו באנעמען, 
און בעסער, טראכט מען, זאָל אזא, װי ער, נאָך בלײַבן װײַט אויסער 
ערנסט. ער האָט זיך דערום געשלאָגן מיטן קאָפּ, װי א פיש אין גלאָז, 
וועלנדיק דערגיין, װאָס טוט זיך אים פון יענער זײַט גלאָז, אָבער נישט 
געפינענדיק קיין אנדער מעגלעכקײַט, ויאזוי זיך דאָס צו דערוויסן, אין 
איִם איין אויסגאנג נאָר געבליבן --אין א זײַט זיך האלטן און ווארטן, 
ווארטן און ארויסקוקן, ביז עפּעס א צופאל װעט אים א טירעלע אין דער 
רעטעניש אופעפענען... 

האָט ער טאקע אזוי געטאָן, און דער צופאל האָט ניט געזאמט צו 
קומען. 

ס'איז אײינמאָל ארופגעקומען צו אים דאָס עלטסטע קינד אין שטוב-- 
מייערל. ס'איז געווען אין א טאָג, ווען דאָס לערנען איז מייערלען ניט 
געראָטן און מע האָט געמינט, אז ער איז ניט געזונט. ס'איז געװען 
דעמלט, ווען, װי אלעמאָל, איז זײַן רעבע באָרעך-יאנקעוו צו אים געקומען 
אינדערפרי אף די געוויסע לערן-שאָען, -- יענער באָרעך-יאנקעוו, װאָס איז 
באװוּסט אין שטאָט אלס גװוירישער געמאָרע-מעלאמעד און װאָס נאָר 
געציילטע גווירים טאקע האָבן זיך געקאַנט פארגינען ארײַנצוקריגן אזא 
איינעם צו זייערע קינדער אף אייניקע שאָ אין טאָג פאר היפּש באצאָלטס, 
װעדליק פאר יענער צײַט. 

ער איז געווען א שטארק מעיושעװוער, באָרעך-יאנקעוו, און, װועדליק 
פאר יענער צײַט, פײַן געקליידט און באזונדערס זויבער: שטענדיק אין 
אזא ציכטיקער קאפּאָטע אינדערװאָכן, װאָס אנדערע פון זײַן גראד האָבן 
אפילע אף שאבעס זיך ניט געקאָנט פארגינען; טאָמיד מיט א ריינער פא- 
טשיילע אף וישן זיך אי די נאָז, אי די װאָנצעס, מאכמעס ער האָט אי 
געשמעקט, אי גערייכערט. דאָס האָט ער געטאָן ניט מאכמעס צופיל 
צעטראָגנקײַט, װי אנדערע, נאָר פארקערט, איבער זײַן באזונדער מעיו- 
שעװודיקײַט: ער האָט גערייכערט, ווען דאָס לערנען מיט א קינד איז אים 
געגאנגען גוט, און געשמעקט, ווען ס'איז געגאנגען נאָך בעסער;: שלעכט 
איז בא אים קיינמאָל ניט געגאנגען. אזא קלאָר לאָשן, אזא שטילקײַט און 
אזא זעלטענע האסבאָרע איז זעלטן בא וועמען פון זײַן פאך נישט נאָר 
אין יענער שטאָט, אין א, נאָר אין פיל אנדערע ערטער ניט געווען צו 
געפינען. 

ס'איז א באזונדער בראַכע געווען צו אים אלס טאלמיד ארײַנצופאלן, 
אָפּגערעדט שוין, אז פון טראכטן ווען אמאָל א טאלמיד אָנצורירן, אָדער 
נאָר אפילע הויך אָנצושרײַען, איז בא אים געווען א זעלטנהײַט, און קימאט 
קיינמאָל ניט געטראָפן. 

בא מוישע מאשבער האָט באָרעך-יאנקעוו געלערנט נאָר מיטן עלטסטן 
אייניקל אין שטוב -- מיט מייערלען, וועלכער איז אי עלטער געווען, אי 
פײייִקער פון די איבעריקע אייניקלעך, און װאָס מע האָט גלײַך געזען 


877 


אז צוליב אזא און אזוינע פײיַקײַטן איז קעדײַ אויך אזא, וי באָרעך- 
יאנקעוון, אײַנצולאדן און זיך אויך לאָזן קאָסטן. 

זומער פלעגן זיי לערנען -- באָרעך-יאנקעוו מיט מייערלען -- אין סאָד, 
אין א הילצערן גאָרטןישטיבעלע, ערגעץ װײַט צװישן די ביימער פארוקט, 
אז קיינער זאָל ניט שטערן, און װוינטער --אין שטוב, אין א באזונדער 
צימער. 

יענעם טאָג איז באָרעך-יאנקעוו געקומען, װי אלעמאָל, צו דער צײַט 
און פּינקטלעך. ער האָט בארוט זײַן פּאלטן מיטן סאמעטענעם קעלנערל 
אופגעהאנגען אף דער שראגע אין יענעם קאָרידאָרל, װוּ אלע פון די בא- 
לעבאטים הענגען דאָרט אוף זייערע קליידער. ער איז געקומען אין צי- 
מער, װוּ אלעמאָל איז דאָרט דאָס אָרט באשטימט אף לערנען, און זיך 
גענומען צו זײַן געוויינלעכער מעלאַכע: צו פארשטיין-געבן דאָס, װאָס 
איז אינגאנצן אומפארשטענדלעך, אָדער ווען-ניט-ווען נאָר א װאָרט ארלינ- 
צושטעלן, װי א האנט דערלאנגען, ווען דאָס קינד פארשטייט אליין, נאָר 
דער רעבע וייסט, אז ער קאָן זיך בא א קליינעם אָפּהאלט ערגעץ דאָרט 
פארטשעפּען. 

מייערל האָט דאָס מאָל, נישט וי זײַן געווינשאפט, דאָס לערנען 
שלעכט באנומען. מע האָט געזען, אז ער איז נישט דערבײַ, און דער קאָפּ 
איז אים ערגעץ אנדערש. אז באָרעך-יאנקעוו האָט באמערקט, אז דאָס, 
װאָס לויט מייערלס פּיײיַקײַטן האָט אים באדארפט זײַן פארשטענדלעך, 
איז אים עפּעס איצט ניט קלאָר, האָט ער זיך ניט געפוילט אים צו דער- 
קלערן, אָן ערגערניש און דאָס קאָל צו העכערן אָדער ארױסצוװײַזן א 
װאָסעריניט-איז בייזע אָדער שלעכטע מינע. מייערל האָט אָבער װײַטער 
ניט באנומען, און באָרעךייאנקעוו האָט נאָכאמאָל דערקלערט. און אז 
מייערל איז אויך װײַטער װי עפּעס טויבלעך און טומפּיק געבליבן, האָט 
אים באָרעך-יאנקעוו נאָר א פרעג געטאָן; 

-- װאָס איז מיט דיר הײַנט, מייערל? 

דעמלט האָט זיך מייערל צעוויינט. 

ס'איז געווען א גרויסער כידעש. מייערל איז ניט געװען פון די 
װאָס פוילן זיך אָדער קאפּריזעווען באם לערנען. באָרעך-יאנקעוו האָט אים 
געקענט, עמעס, פאר א ביסל א פארטרוימטן, אָבער יעדעס מאָל האָט ער 
געהאט די מיטלען אים ארויסציען פון טרוים, און דעמלט איז שוין יענער, 
מייערל, מיט אים אוועק, וי אפן גרויסן טראקט פון קלאָרן און דײַטלעכן 
דענקען, און װוּהין דעם רעבנס האנט האָט נאָר דאָס לערן-צוימל געווענדט, 
אהין האָט זיך מייערל, אָן אָפּװוענדונגען, שוין אליין און נישט געצװוּנ- 
גען געקערעוועט. אזוינע זאכן, װי אז מייערל זאָל זיך אינמיטנדרינען 
פאראקשענען, נישט װעלן, אָדער אָן שום סיבע זיך צעוויינען, האָט זיך 
באָרעך-יאנקעוון פאר דער גאנצער צײַט, זינט ער קען אים, ניט געטראָפן. 

ער איז דערום אָפּהענטיק געבליבן. אָבער באלד האָט ער באשלאָסן 
אז וויבאלד אזוי, וויבאלד אן אויסנאם און יענער וויינט, איז מיסטאם איז 
ער ניט געזונט, -- דארף מען דאָס לערנען איבערײַסן, און ניט איבעריק 
צושטיין, און נישט איבעריק זיך װעלן דערגראָבן און דערפרעגן אף די 


) 7 בי 


סחם 
ס/ס 


סיבעס פון געוויין. ער האָט פריַער געהאט געפּרוּװוט א ביסל שמועסן וועגן 
זײַטיקע איניאָנים, קעדיי, מעגלעך, אים פון די געדאנקען ארױיסשלאָגן, 
אים בארויקן און דערנאָך װידער אים אין לערן-שטראָם ארײַנפירן, אָבער 
מייערלען, האָט ער געזען, איז איצט שוער צו פאריידן, ער לאָזט זיך 
ניט, און טרערן קאפּען אים פון די באקן, שטיל, און וי איינער, װאָס איז 
ערגעץ טיף-טיף אָנגערירט און באליידיקט. 

-- גיי, לייג זיך צו, מייערל, ביסט ניט געזונט, -- האָט געזאָגט באָרעך- 
יאנקעוו, און אליין האָט ער זיך פון טיש אופגעהויבן און איז ארויס פון 
לערן-צימער, זיך לאָזנדיק צום קאָרידאָרל, װוּ זײַן פּאלטן איז געהאנגען. 

-- רעבע, װאָס גייט איר עפּעס הײַנט אזוי פרי אװעק?--- האָט יודעס, 
מייערלס מוטער, אים דערזעענדיק אוועקגיין, א פרעג געטאָן. 

-- מייערל איז, דאכט זיך, ניט מיט אלעמען: דער קאָפּ, װײַזט אויס, 
טוט אים וויי. 

-- װאָס איז פּלוצעם? 

-- כ'ווייס ניט, ער האָט זיך באם אָנהייב לערנען צעויינט, און כ'זע, 
אז ער באנעמט הײַנט גאָרניט. 

אז מייערלס מוטער איז ארײַן אין צימער, װוּ דער רעבע האָט אים 
נאָך הײַנטיקן ניט-ילערנען אליין געלאָזט, האָט זי אים געטראָפן אף זײַן 
אַרט, װי א פארגליווערטן. זי האָט אים דעם קאָפּ א טאפּ געטאָן, זען, צִי 
האָט ער היץ. -- ניין. 

-- איז פארװאָס זשע האָט ער הײַנט ניט געלערנט? 

מייערל האָט געשטאמלט. עפּעס האָט ער יאָ געזאָגט און נישט געזאָגט, 
און סײַ פונעם יאָ --און סײַ פונעם נישט-געזאָגטן איז געווען צו זען, אז 
קלאָר ווייסט ער אליין ניט. יאָ, עמעס, וויסן האָט ער טאקע ניט געװוּסט, 
נאָר ווען מע זאָל אים געווען צעשפּיליען און אים אין הארצן ארײַנקוקן, 
װאָלט מען געזען, אז דאָס, װאָס די גרויסע אין שטוב האָבן די לעצטע 
צײַט אף זייערן א באשטימטן אויפן איבערגעלעבט, האָט ער, מייערל, -- 
אף זײַנעם אן אומבאשטימטן, דאָס, װאָס די גרויסע האָבן געװוּסט אף 
זיכער, האָט ער נאָר אָנגעשמעקט אין דער לופט און ארויסבאקומען נאָר 
פון א װאָרט, פון א מינע, פון א װונק... 

מייערל, װאָס איז געווען באשאָנקען מיט דעם, װאָס מאכט א קינדס 
אוער געבויערט אף אופצוכאפּן אזוינס, װאָס גרויסע ווילן דערפאר פאר- 
שטעלן: מייערל, װאָס, װי מיר האָבן שוין ערגעץ דערמאָנט, איז אפילע 
געווען באשאָנקען מיט דער פּײיַקײַט פון פאָרויספילן זאכן, ענדערונגען 
און געשעענישן אין שטוב, האָט די לעצטע צײַט אופגעכאפּט און פאָרויס- 
געפילט אזוינס, װאָס האָט זיך אים געלייגט װי א שווערער שטיין. אייגנט- 
לעך, ניט פאָרויסגעפילט, נאָר שוין טאקע מאמעש דערזען-- דאָס, װאָס 
האָט אים אָפט געמאכט וויינען אין זײַן קישן אפן געלעגער באנאכט, און 
דאָס האָט אים געבראכט אויך הײַנט, אינמיטן באטאָג, פּלוצעם זיך צע- 
וויינען פארן רעבן. 

ער איז נאָך דעם, װי די מוטער איז פון אים אוועק א האלב-בארויַקטע, 
נאָך א שטיקל צײַט אליין און ווידער, װי א פארגליווערטער, אין זײַן 


379 


לערןיצימער געבליבן: דערנאָך זיך אָפּגעזוכט עפּעס אייניקע אומנייטיקע 
און אומנוציקע קינדערשע באשעפטיקונגען, ארום וועלכע ער איז ארומ- 
געגאנגען אָן שום אינטערעס, און, װי מע האָט געזען, קעדיי נאָר מיט 
עפּעס צו פארנעמען די צײַט און זײַן אייגענע איבעריקײַט: און לעסאָף 
האָט ער -- פאר זיך אליין ניט באמערקט, ויַאזוי און ווען, -- דורך דער 
קיך זיך דורכגערוקט, אף די טרעפּ, וועלכע פירן צו אלטערן אין אייבער- 
שטיבל, ארוף און זיך צו יענעם אין צימער ארײַנגעשטעלט. 

-- הא, מייערל?! -- האָט אלטער מייערלען, שוין אף דער שװעל דער- 
זעענדיק, מיט א גוטמוטיק-אופגעלייגטן טאָן, מיט א פול מויל שמייכל 
און פארגעניגן באגעגנט. 

ביידע זײַנען געווען צופרידן: אלטער פונעם באזוך --- זאָל זײַן אפילע 
קינדער-באזוך, אבי א לעבעדיקער נעפעש, װאָס האָט צו אים אזוי זעלטן 
אין צימער ארופגעקוקט. אויך מייערל צופרידן, װײַל פון טאָמיד אָן פלעגט 
ער בא אלטערן געפינען יענץ ווינקל, װוּ אופצובינדן זײַנע אייגנשאפטן, 
וועלכע האָבן פון אים געפאָדערט א ביסל אָפּגעזונדערטע לופט און א 
ביסל אויסער-שטוביקע שטילקײַט, װי ס'מאכט זיך אָפט בא געוויסע קינ- 
דער, וועלכע באליבן בוידעם- אָדער קעלער-לופט. 

דאָס פלעגט פאָרקומען אפילע דעמלט, ווען אלטער איז נאָך קראנק 
געווען און װוען צו פארברענגען מיט אים, וי מיט אלע מענטשן, איז 
געווען אומעגלעך, --איז אפילע אויך דעמלט האָט מייערל געפונען אינ- 
טערעס און באדערפעניש פון צײַט צו צײַט אלטערן צו באזוכן, ביפראט 
איצט, ווען מיט אלטערן האָט זיך שוין געלאָזט ווען אמאָל צו פארפירן 
א שמועס, פון אים א װאָרט צו הערן, אָדער אמאָל אים עפּעס צו זאָגן. 

-- הא, מייערל?!-- האָט אלטער זײַן אופגעלייגטן אויסרוף איבערגע- 
כאזערט, זעענדיק, אז מייערל האָט זיך עפּעס נישט דרייסט און וי צו- 
ריקגעהאלטן אף דער שװעל אָפּגעשטעלט.--קום ארײַן, מייערל, װאָס 
מאכסטו? 

-- גאָרניט, -- האָט יענער, נאָך דער אײַנלאדונג, די שװועל אין צימער 
אריבערגעשפּאנט. 

-- האָסט שוין הײַנט אָפּגעלערנט?--האָט אלטער בא אים, קעדיי א 
שמועס אופצובינדן, געפרעגט. 

-- יאָ, -- האָט מייערל געענטפערט. 

-- נו, און קענסט שוין טאקע לערנען?--האָט אלטער װײַטער גע- 
פרעגט. 

-- און דו קענסט? -- האָט מייערל צוריק אָפּגעפרעגט, זיך דערלויבנדיק 
בענעגייע אלטערן אזא פראגע, װאָס צו קיין אנדער עלטערן אין אלטערס 
יאָרן װאָלט ער זיך געוויס ניט דערלויבט.. 

דאָס רעכט אזוי צו פרעגן האָט זיך מייערל גענומען דערפאר, װײַל 
דער גאנצער באנעם אלטערס, אלטערס מאניר און פּאָסטעמקעס באם פרעגן 
און ענטפערן זײַנען, נישט געקוקט שוין אף זײַן געזונט, דאָך נאָך גע- 
ווען, װי פון איינעם, װאָס איז נאָרװאָס ארויס פון א שװער שלאפקײַט, 
וועלכער האלט שוין, עמעס, באם גענעזן ער אָבער דער מױיעך און 


2380 





דאָס לאָשן זײַנען אים נאָך האלב-געלעגערט, און די וװוערטער קלינגען 
נאָך בא אים אָדער א ביסל אויװערבאָטלדיק, װי בא א שוואכזיניקן זאָקן, 
אָדער װי בא א צוגעשלאָגן און לעקעשעוואטע קינד. 

-- און דו קענסט? -- האָט מייערל געפרעגט. 

-- יאָ, -- האָט אלטער, שמייכלענדיק און מיט זיכערקײַט, געענטפערט. 

-- לאָמיר זען, -- איז מייערל צום טיש צוגעגאנגען און האָט דעם 
ערשטן סייפער, װאָס איז אים געקומען צו דער האנט, אופגעעפנט, און 
אלטערן, װי אף זיך צו פארהערן, אײַנגעלאדן. 

אלטער האָט זיך געלאָזט. ער איז, פאָלגנדיק, װי א טאלמיד, צוגעגאנ- 
גען, און ער האָט גענומען זאָגן און די װוערטער פארטײַטשן אזוי גוט און 
פארשטאנדיק, אז מייערל האָט זיך גלײַך איבערצײַגט, אז אלטער האָט 
רעכט און אז ער האָט דאָ ניט איבערגעטריבן און קיין ליגן ניט געזאָגט. 

ס'איז געווען א בילד צו זען, װי מייערל האָט, זיך אײַנהערנדיק, זײַן 
גרויסן שילער װי אױיסגעפּרוּווט, און אלטער האָט קימאט ערנסט זיך גע- 
לאָזט פארהערן, נישט ארױיסװײַזנדיק דערבײַ קיין שפּאס און קיין שום 
כויזעק-מינע, װי ס'מאכט זיך בא עלטערע, ווען זיי מאכן שפּיל און אָנ- 
שטעל, בעשאסן אראָפּלאָזן זיך אמאָל צו א קינד... ניין. אלטער האָט דאָס 
געמאכט ערנסט. און דערפאר, אז אלטער האָט בא מייערלען שוין געװוּנען 
דעם צוטרוי סײַ אין קענטעניש סײַ אויך אין הײימישקײַט און אין צוגע- 
לאָזנקײַט, װאָס כאָטש אזא גרויסער, הייסט עס, האָט ער זיך דאָך צו מיי- 
ערלען געשטעלט, וי א גלײַכער צו א גלײַכן, -- האָט פּלוצעם מייערל אל- 
טערס לייענען איבערגעריסן און אינמיטנדרינען אף אים א קוק געטאָן און 
א זאָג געגעבן שטארק צוטרוילעך און פּלוצעמדיק: 

-- ווייסט? דער טאטע האָט דאָך שוין נישט דעם גאָלדענעם זייגער... 

-- װאָס? -- האָט אלטער זיך מיטאמאָל פונעם סייפער אָפּגעריסן. 

-- זײַן גאָלדענעם זייגער האָט ער שוין נישט. 

-- װאָסער זייגער? 

-- דעם, װאָס מיטן זאמשענעם בײַטעלע, וועלכן ער טראָגט אין זשי- 
ליעטיקעשענע. 

-- װאָס הייסט? מע האָט אים בא אים צוגעגאנװעט, צי ער האָט אים 
פארלאָרן? 

-- ניין. פארזעצט. 

-- װאָס הייסט -- פארזעצט? 

-- מע האָט אים פארבאָרגט פאר געלט; אי דעם זייגער, אי דער מאמעס 
אוירינגלעך און בראָשן, אי דאָס גאנצע צירונג און אלע שאבעסדיקע לײַכ- 
טער פון שטוב. 

ווירקלעך: מייערל האָט דאָ געזאָגט דעם ריכטיקן עמעס. ער האָט די 
לעצטע טעג באמערקט דעם טאטנס זשיליעט-יקעשענע ליידיק. אז ער האָט 
זיך נאָכגעפרעגט, האָט אים דער טאטע, יאנקעלע גראָדשטײן, א ביסל מיט 
פארב אין פּאָנעם און א ביסל אָפּשטױסנדיק, װי ניט וועלנדיק, ער זאָל זיך 
װײַטער דערפרעגן, אים געענטפערט, אז ער איז באם זייגערמאכער אף 
צום פאריכטן: ,א האָר האָט געפּלאצט, א רעדל איז קאליע"... -- האָט יאנ- 


281 


קעלע גראָדשטײן, נישט קענענדיק זאָגן קיין ליגן, צוויי מיטאמאָל דאַ 
ארויסגעזאָגט, נישט וויסנדיק, װאָס אויסצוקלײַבן און װאָסערער איז בע- 
סער. 

מייערל האָט צוערשט אָנגענומען זײַן טאטנס טערעץ פאר א טערעץ. 
אַבער אז ס'זײַנען אוועק עטלעכע טעג און די זשיליעט-קעשענע איז נאָך 
אלץ ליידיק געבליבן, און ויסנדיק, אז ווען אפילע אזא זאך מאכט זיך, 
דה. ווען דער זייגער זאָל טאקע בעעמעס זײַן קאליע, איז דאָס יעדעס מאָל 
אן ארבעט נאָר אף עטלעכע טעג, װײַל דער טאטע איז שטארק צוגעוווינט 
צום זייגער, קאָן זיך אָן אים ניט באגיין און פאָדערט אים שטענדיק ארויס 
װאָס גיכער, -- װיסנדיק דאָס אלץ און פאָרט ניט געפינענדיק אים באם 
טאטן, האָט זיך שוין מייערל פארטראכט. 

דערצו נאָך האָט זיך דעמלט אונטערגערוקט א שאבעס, און פרײַטיק 
פארנאכט, ווען מייערל איז פון אן אנדער צימער גראָד אין עסישטוב 
ארײַן, איז ער געבליבן שטיין מיט אן אָפן מויל: דער טיש, װאָס פלעגט 
יעדעס מאָל זײַן פארשטעלט מיט א גאנצער ריי גרויסע און קליינע זיל- 
בערנע לײַכטער, און װאָס די שײַן פון זייערע ליכט האָט אזש ארופדער- 
לאנגט ביז דער סטעליע און אָפּגעשלאָגן אף אלע װוענט, -- דער טיש איז 
איצט פארשעמט: עטלעכע קליינע, אָפּגעקראָכענע מעשענע האָבן דאָס אָרט 
פון די זילבערנע פארביטן, און די שײַן פון די ליכט האָט אים אויסגעדאכט 
טונקל, נישט נאָר אף צו באלויכטן די װוענט און די סטעליע, נאָר אפילע 
אליין פאר דעם טיש און פאר זײַן נאָענטקײַט וייניק. 

דערבײַ האָט מייערל באמערקט, װי בא די װײַבער, בא דער באָבען 
און בא דער מאמען, האָבן נאָכן ליכטיבענטשן די אויגן אויסגעזען וי נאָך 
געוויין, ביידע האָבן זיך באמיט איינס פארן אנדערן און באזונדערס פאר 
די קינדער -- צו פארשטעלן. 

יאָ, אגעוו: נאָך יענעם ליכט-בענטשן איז אין קיך דעמלט, צװישן די 
צוויי דינסטן, צװישן דער עלטערער און דער ייַנגערער, פאָרגעקומען א 
קורצער געשפּרעך, בייס יענע האָבן זייער לעצטע ארבעט פון פארן ערעוו- 
שאבעס אָפּגעטאָן. די עלטערע האָט א זאָג געטאָן: 

-- װאָס זאָגסטו עפּעס, מויד, צו דער מײַסע מיט די לײַכטער? מע האָט 
זיי, קלוימערשט, זאָגט מען, געגעבן אָפּזילבערן. ניין, עפּעס געפעלט מיר 
ניט, עפּעס קומט דאָ פאָר... 

-- װאָס זשע? -- האָט יענע, די ייַנגערע, געפרעגט. 

-- טו גיכער. ס'ניט פאר דײַן קאָפּ. און פונדעסטוועגן װאָלטן מיר זיך 
נאָך געמעגט ווינטשן צו פארמאָגן א צענטכיילעק פון דעם, װאָס זיי װועט 
נאָך בלײַבן, 

-- װאָס בלײַבן? 

-- טו דײַן זאך. ס'איז שוין שפּעט. און פונדעסטוועגן װאָלסטו זיך נאָך 
געמעגט דאָ אײַנשטעלן פאר א שנור. נו, שנור, מאך עס גיכער, -- האָט 
די עלטערע אונטערגעײַלט די ייַנגערע איר ארבעט צו פארענדיקן. 

מייערלען האָט דאָס טיש-בילד געפּלעפט. ער האָט שוין דערנאָך דעם 
גאנצן פרײַטיקצונאכטס קיין װאָרט ניט אויסגערעדט, ניט מיט קיין עלטע- 


2* 289 


רע, ווען מע האָט זיך געװוענדט צו אים, אויך ניט מיט קינדער. און דער- 
נאָך, אינעם זעלבן פרײַטיקצונאכטס, האָט ער פארן אנשלאָפן װערן זיך 
לאנג אפן געלעגער געדרייט, און באנאכט האָבן זיך אים געכאָלעמט זיי- 
גערס מיט מענטשלעכע פּענעמער, וי זיי שטייען פאר אָרעמע בענטש- 
ליכט, און דורך די פינגער, מיט וועלכע זיי פארשטעלן זיך די אויגן, קאפּען 
זיי טרערן... און װײַטער האָט זיך אים געכאָלעמט, װי ער זעט זײַן זיידן, 
דעם טאטן און דעם פעטער, נאָכעם לענטשער, עפּעס װי הײַזער-גײער -- 
שלעכט אָנגעטאָן, אָפּנעריסן און קויטיק, און זיי באװײַזן זיך אויסגעשטעלט 
אין א שורע אינדרײַען: צוערשט דער זיידע, דערנאָך דער טאטע, און צום 
לעצט דער פעטער נאָכעם, וועלכע קומען טאקע ארײַן אין זייער אייגענעם 
הויף מיט הײַזעריגײערשער האכנאָע, שטעלן זיך פאר דער קיך-שוועל צום 
בעטלען, און ווארטן, ביז די דינסטן זאָלן זיי פון דער קיך די גראָשנדיקע 
נעדאָוועס ארױסטראָגן, און לעסטיק און אומאכטנדיק זיי אין די הענט 
ארײַנשטעקן. 

מייערל איז נאָך יענער שאבעסדיקער נאכט און נאָך די כאלוימעס 
ארומגעגאנגען, װי ניט קיין היגער. ער האָט אין קיינע קינדערשע שפּילן 
און שטיפערײַען קיין אָנטײל ניט גענומען, און אָפט האָט ער שוין אויך 
באטאָג דערנאָך געזען דאָס, װאָס יענעם באנאכט -- אין כאָלעם: אָפט 
האָט ער שוין אינמיטן העלן טאָג אױיסגעטאָן זײַנע שטוב-לײַט זייערע אָנ" 
שטענדיקע, פארמעגלעכע קליידער און זיי דערזען איבערגעטאָנענע, װי 
אַרעמעלײַט און הײַזער-גײיער. און אזויווי פאר קיינעם האָט ער זיך ניט 
געקאָנט ארויסגעבן, מאכמעס קינדער װאָלטן ניט באנומען און עלטערע 
װאָלטן געוויס אף אים אָנגעשריגן, ווען ער װאָלט זיך עפּעס מער געװאָלט 
דערפרעגן, האָט דערום מייערל דאָס סאמע לײַכטסטע אויסגעפונען -- אל- 
טערן, צו וועלכן דער וועג איז אים געווען פרײַ, און פאר וועמען ער האָט 
געפילט, אז אלץ, װאָס ער װעט װעלן, װעט ער קאָנען זאָגן און אלע זײַנע 
אָנגעװײיטעקטע פארבאָרגנקײַטן ארויסברענגען. 

און אָט, נאָך דעם, װי אלטער האָט זיך צוטרוילעך געלאָזט פארהערן, 
נאָך דעם, וי מייערל איז געשטאנען לעבן יענעם, װי א גלײַכער מיט א 
גלײַכן, און איבערבייגנדיק זיך איבערן סייפער, האָט ער זיך מיט אים 
מיט די אקסלען אָנגערירט און אין נאָענטער הײימישקײַט ארײַן, -- האָט 
זיך מייערל דעמלט שוין דערפילט פרײַ אף אזוי װײַט, אז אויך ער זאָל 
אָפנהארציק אינמיטן דעם פארהער איבערײַסן און א זאָג טאָן אומגעריכט, 
וי אומגעריכט נאָר קינדער קאָנען א זאָג טאָן, ווען ס'טרעט זי צו, און 
זיי ברענגען מיטאמאָל ארויס דאָס, װאָס ס'האָט זיך בא זיי אָנגעזאמלט אין 
ערגער: 

-- ווייסט, אלטער, -- האָט מייערל געזאָגט, -- דער טאטע האָט דאָך 
שוין נישט דעם גאָלדענעם זייגער? 

-- װאָסער זייגער? -- האָט אלטער ניט באנומען. 

-- דעם, װאָס מיטן זאמשענעם בײַטעלע, -- האָט מייערל געענטפערט. 

און אזוי, פון פראגע צו פראגע און פון ענטפער צו ענטפער, האָט זיך 
אלטער פּאמעלעכן דערװײַל דערװוּסט, אז אין שטוב האלט בא דעם, װאָס 


2383 


ס'שמעקט מיט אָנװערן אלץ, װאָס מע האָט יאָרנלאנג געזאמלט, און אז דער 
ערשטער סימען דערוף איז דאָס, װאַס מייערל האָט אים דאָ נאָרװאָס דער- 
ציילט, אז ניט נאָר בא זײַן טאטנס זייגער האלט עס, נאָר אויך שוין בא 
זײַן מאמעס אוירינגלעך, בראסלעטן און בראָשן און אויך אפילע בא די 
זילבערנע בענטש-לײַכטער פון אלע פרויען אין שטוב, 

-- טאקע? -- האָט אלטער, א דערשראָקן-פארכידעשטער, געפרעגט. 

-- יאָ, -- האָט מייערל געענטפערט. -- ער האָט אליין געהערט, וי 
טאטע-מאמע האָבן צווישן זיך געשמועסט, אז דער זיידע האָט פאר עפּעס 
די לעצטע צײַט זייער מוירע, און אז אלע אין שטוב ציטערן צוזאמען מיט 
אים, מיטן זיידן. 

-- מוירע? פאר װאָס? -- האָט אלטער, שוין פארשטייענדיק, זיך דאָך 
וי ניט װיסנדיק געמאכט, קעדיי דעם געשפּרעך װײַטער פאָרזעצן און בא 
מייערלען װאָס מער ארויסצ;ען. 

-- װאַס הייסט ,, פאר װאָס"? װאָס זשע, ער מיינט, אלטער, אז מע זעצט 
אָן, איז אזוי גרינג? מע קאָן בא זיי דאָך אלץ אוועקנעמען און זיי לאָזן 
בא גאָרנישט... 

דעמלט איז אלטער אנשוויגן געװאָרן, מעגלעך, אז ער האָט מער בא 
מייערלען ניט געפרעגט, דערפאר, װײַל ער האָט אים געשאנעוועט און ניט 
געװאָלט ארײַן מיט א קינד אין די טיפע דראָכים; און מעגלעך אויך, אז 
ער האָט געזען, אז מער, וויפל ער האָט בא אים ארויסבאקומען, איז שוין 
יענער נישט אימשטאנד מיטצוטיילן, װײַל ער ווייסט אליין ניט מער. וי 
ס'זאָל ניט זײַן, נאָר צו מייערלס פארװוּנדערונג, האָט אלטער גאָר עפּעס 
פּלוצעם אים גענומען גלעטן זײַן קאָפּ און אקסל -- גלאט, אָן שום סיבעס, 
צעשטרייט און װי בלינדלעך, און אין דער זעלבער צײַט, האָט מייערל 
באמערקט, זײַנען אלטערס אויגן עפּעס װי פארמישט און ניט קיין היגע 
געװאָרן, גלײַך ער װאָלט זיך איבערגעטראָגן װײַט און גאָר ערגעץ אנ- 
דערש, װוּ ער איז נאָרװאָס דאָ, פריַער א מינוט, מיט אים געווען צוזאמען. 

ריכטיק: אלטער האָט זיך טאקע אזוי שטארק פארטראכט, אז ער האָט 
אפילע ניט באמערקט, װי מייערל האָט זיך פון אונטער זײַנע הענט ארויס- 
געגליטשט. נישט פארשטייענדיק דעם מיין פון אלטערס גלעטן אים, און 
זעענדיק, אז אלטער, דאָס טוענדיק, איז וי מיט עפּעס אנדערש פארנומען, 
איז מייערל אוועק און אלטערן אליין געלאָזט. און אז אלטער האָט זיך 
אופגעכאפּט, האָט ער נאָר געפילט דעם אָטעם פון עפּעס א מין שאָליִעך, 
וועלכן די שטוב אונטן האָט צו אים אהער, ארוף אויבן, ארופגעשיקט, מיטן 
מיין אים דעם אָנהייב פון איר סאָד צו אנטפּלעקן, אָבער מער פון קיין 
אַטעם איז אים פון מייערלס באזוך טאקע ניט געבליבן, װײַל פאָרט א 
קינד, אף וועלכן ס'איז ניט אויסצושטעלן און װאָס איבעריקס דערוף איז 
זיך ניט צו פארלאָזן. און פון דעמלט אָן האָט אלטער אפן װײַטערדיקן און 
אף דער פאָרזעצונג געווארט: ער האָט אלעמאָל פון דעמלט אָן -- סײַ 
באטאָג סײַ אפדערנאכט, ווען ער איז נאָר געווען וואך און ווען פרײַ פון 
אלע זײַנע טועכצן -- אף דער טיר געקוקט, ווארטנדיק, אז אָט, אָט װעט 
זיך צו אים נאָך עמעצער ארײַנשטעלן, א מער זיכערער, א מער עלטערער, 


24--9 384 


פון וועמען ער װעט דאָס, װאָס ער האָט באקומען, זיך דערװוּסט פון מיי- 
ערלען קינדערש און האלב-מעטושטעש -- פון יענעם, פונעם עלטערן, מער 
קלאָר און אף מער זיכער זיך דערוויסן. 


.- = 8 


און אלטער האָט זיך אויסדערווארט. די לאגע אין שטוב אונטן איז 
געווען אזא, װאָס האָט שוין בעשום-אויפן קיינעם ניט געקענט אױסמײַדן 
און האָט געמוזט דערלאנגען אפילע צו אלע װײַטסטע פון שטוב, אפילע 
צו די קינדער, און אפילע צו אזא, װי אלטער, װאָס דער גוירל, וועלכער 
האָט די שטוב פארטשעפּעט, האָט מיט א שפּיץ פליגל אויך אים געמוזט 
אָנרירן. 

אין איינעם א נאָענטן טאָג פון נאָך מייערלס באזוך האָט זיך צו אים אין 
צימער באוויזן גיטעלע, דאָס װײַב פון זײַן ברודער מוישע. 

דאָס איז געווען דעמלט, ווען נעכאמקעס, מוישע מאשבערס טאָכטערס, 
קרענק האָט זיך אף פיל פארערגערט. מע ווייסט ניט, צי איר אייגן שלאפ- 
קײַט אליין איז געגאנגען אזוי ראש, צי ס'איז איר נאָך עפּעס, א צווייטס, 
צוגעפאלן, װאָס האָט די פארערגערונג פארורזאכט, נאָר נעכאמקע, האָט 
מען געזען, גייט אײַן, דאָס געשווילעכץ פון די פיס הייבט זיך איר ארוף 
העכער. ס'פעלט איר אויס אָטעם שוין ניט נאָר אף צו מאכן עטלעכע שפּאן 
אין צימער לעבן איר בעט, נאָר שוין אפילע נאָר אין בעט צו ליגן. מע 
האָט שוין געהאט גערופן נישט נאָר דעם באשטענדיקן הויז-דאָקטער, יא- 
נאָווסקין, נאָר צוזאמען מיט אים נאָך איינעם -- איינעם א פּאשקאָװסקין. 
אויך אזא אלטער, װי יענער, אויך אזוי שטיל, אויך מיט באקנבארדן, און 
אויך א פּאַליאק, װאָס יעדעס מאָל, אין אן ערנסטן פאל, האָט מען זײ 
געפּאָרט, זיי גערופן אף א קאָנסיליום, װײַל זי -- די סאמע ערנסטע, די 
סאמע גרעסטע ווייסערס פון שטאָט, און פון זיי האָט מען אף הילף און אף 
א לעצט גוט װאָרט געווארט. 

ביידע זײַנען אויך דאָס מאָל אָפּנעזעסן לאנג און שטיל בא דער קראנ- 
קערס בעט. אמאָל האָט איינער זיך אָנגעבויגן זי צו באטראכטן -- דאָס 
לײַב, דאָס פּאָנעם, די פיס, און טיף איר אין די אויגן ארײַנצוקוקן ---און 
אן אנדערשמאָל א צווייטער. זיי האָבן קיין צײַט ניט געזשאלעוועט, און 
דאָס באטראכטן, בייס דעם איינעם וויזיט, עטלעכע מאָל אפילע איבערגע- 
כאזערט. זיי האָבן שטיל, צװישן זיך, פריער אף פּוליש, דערנאָך נאָך אף 
לאטײַן, וועגן כוילע זיך דורכגערעדט. און באם אוועקגיין, בעשאס מע 
האָט זיי ארויסבאגלייט צו דער טיר, אין הויף און אין גאס און מע האָט 
געװאָלט פון זיי א פארזיכערנדיק װאָרט הערן, אלנפאלס, אז ס'שמעקט ניט 
מיט קיין סאקאָנע, -- האָבן יענע זיך אי אהער אי אהין געדרייט, אי יאָ, אי 
ניין, הייסט עס, און די פארזיכערונג טאקע פאָרט ניט געגעבן: דאָקטוירים 
האָבן געטאָן און פארשריבן, װאָס מע דארף, און גאָט דארף העלפן. 

מאָל דיר, דאָס האָט מען אליין געװוּסט... מע האָט געזען, אז ס'איז ניט 
גוט. נאָכעם לענטשער, נעכאמקעס מאן, האָט פון זייער פּויליש-ריידן פאר- 


285 


שטאנען, װי סע האלט, און פונעם נישטיפארשטאנענעם לאטײַן האָבן זיך 
שוין אויך די איבעריקע אָנגעשטױסן. אזוי, אז צוריקגייענדיק פון באגלייטן 
די דאָקטוירים, האָט נאָכעם צו דער שוויגער, צו גיטעלען, א זאָג געטאָן: 

-- שוויגער, ס'איז ניט גוט, מע דארף עפּעס זען טאַן. װאָס טוט מען?-- 
האָט ער פארלוירן, מיט ‏ א האלב מאנצבלש געויין אױיסגעבראָכן 

אליין דער כוילע האָט שוין אויך זייער װײַט געהאלטן -- אזוי װײַט, 
אז נישט איינמאָל האָט זי, קוקנדיק אף אירע קינדער, זיך צעוויינט, און 
אפילע זיך נישט אָפּגעשטעלט פאר אזוינע װוערטער פאר איר פאָטער און 
מוטער ארויסצוברענגען, װי: , טאטע... מאמע... אף וועמען לאָז איך זי 
איבער, מײַנע קינדער??. 

דעמלט האָט גיטעלע אײינמאָל א פרימאָרגן אפן , פעלד" זיך אוועקגע- 
לאָזט, מיטנעמענדיק מיט זיך א פּאָר אָרעמע קרויווים, איר צוהעלפן באם 
קװאָרים-מעסטן און דעם בוימל פון די מײַערלילעמפּלעך מיטצוברענגען -- 
א סגולע די קראנקע מיט אים אויסצושמירן. 

זי איז פריִער געקומען אפן קייווער פון , לייעניו דער פרומער", װאָס 
צו איר פלעגן קומען װײַבער מיט די שווערסטע הערצער זיך אויסצוריידן 
און אויסצוּוויינען, װי אקאָרעס, לעמאַָשל, וועלכע האָבן שוין לאנג נאָך דער 
כאסענע קיין קינדער ניט געהאט, און אויב זיי װעלן אינגיכן, גאָר אינגיכן 
ניט געהאָלפן װוערן, װעט זיי דער מאן מוזן געבן געט. ס'פלעגן קומען 
צו איר מאמעס פון קראנקע קינדער, פון קליינע, װי פון גרויסע, און האָבן 
זיך דאָרט אף איר קייווער מיט קוילעס און גוואלדן געריסן. 

אויך גיטעלע האָט זיך אָנגעװיינט -- דאָרט, וי אויך אף אנדערע קואָ- 
רים. זי איז קימאט שוין אָן לאָשן געווען, און מאכמעס איר הײזעריקײַט, 
און קעדיי די טאָכטער זאָל אף איר ניט דערקענען, װוּ זי איז געווען און 
פארװאָס זי האָט דאָס קאָל אָנגעװױירן, האָט זי געזען דעם גאנצן טאָג דער 
טאָכטערס צימער אױסמײַדן און זיך צו איר ניט װײַזן. 

און אז ס'האָט ניט געהאָלפן, און אז דער טאָכטער איז נאָך אלץ ערגער 
געװאָרן, האָט גיטעלע, אין איינעם א שאבעסצונאכטס, ווען פון דער טאָכ- 
טערס אלקער זײַנען שוין גאָר שלעכטע יעדיַעס ארויסגעקומען, זיך אָנ- 
געטאָן, מיט זיך מיטגענומען די עלטערע דינסט אף זי צו באגלייטן, און 
איז אין א נאָענטן שולעכל ארײַן. 

ס'איז שוין געווען שפּעטלעך אין אָװנט. דאָס שולעכל איז געשטאנען 
אן איינזאמס אין יענער גאס, װוּ ביכלאל זײַנען דאָרט קיינע שולן ניט 
געווען, אויסער דעם, -- פון גאָר געמיינע באלמעלאָכעס -- פון ליכט- 
ציִער און שטריקלדרייער, דאכט זיך. אן אנדערשמאָל איז אין אזא שולעכל, 
אין אזא שפּעטער שאָ, אין א ליאדע שאבעסצונאכטס -- פּוסט, קיינער 
ניטאָ, און אליין נאָר דער שאמעס מיט א פֹּאָר פארשפּעטיקטע הײמלאָזע 
אָדער ליידיקגייער דעמלט בא א קליין קויטיק קאנעצל פארברענגען. דאָס 
מאָל -- איז דאָס שולעכל באלויכטן און קימאט פול מיט מענטשן געווען. 
ס'איז געווען א שטיקל יאָמטעו. מע איז אלע, א היפּשע פּאָר מיניאָנים, 
ארום איינעם א טיש, װאָס אין מײַרעװ-זײַט, געזעסן און געשטאנען, װוּ 
דאָרט, באם טיש, האָט איינער א ייַד -- א מין כאזן אָדער אן אנדערער 


2386 


װער -- עפּעס פאר זיך טינט-און-פעדער געהאט און אין עפּעס א פּינקעס 
ארײַנגעשריבן. 

ס'איז געווען א שלעכטע צײַט און א הונגער-יאָר דאָס יאָר, און בא- 
זונדערס, פארשטענדלעך, שלעכט פאר באלמעלאָכעס. און גאָר באזונדערס, 
נאָך פאר אזוינע, װאָס ווען אפילע די צײַט איז גוט, איז אויך דער בא- 
דארף אין זי ניט גוואלדיק, ביפראט, אז ניט גוט, באגייט מען זיך שוין 
אוואדע און גאָר אינגאנצן אָן זיי. און אין אזוינע צײַטן בלײַבט פאר אזוינע 
סאָרטן באלמעלאָכעס -- פאר אָרעמע, אװעקגעשטויסענע, װאָס קיינער 
קוקט זיך ניט אום אף זיי, װײַל זיי האָבן קיין שום אָנזען און באטרעף 
אין שטאָט ביכלאל, און נישט צװישן אייגענע, צווישן באלמעלאָכעס האָרע- 
פּאשניקעס אפילע, -- בלײַבט פאר זיי דעמלט נאָר איינס: זיך צוזאמענ- 
קלײַבן, א , כעוורע? גרינדן, װוּ יעדער מיטגליד, יעדער כעוורע-מאן זאָל 
אין א שלעכטער צײַט פון דעם צוזאמענגעקליבענעם מיטגליד-אָפּצאָל קאָ- 
נען באקומען אמאָל אױיסגעליַען א קערבל אף שאבעס, אָדער עטלעכע 
גראַשן אף ברויט אמאָל אויך אף אינמיטן דער װאָך. און װוּ גרינדן זיך 
אזוינע כעוורעס? -- געוויינלעך, אין שול, געוויינלעך, אין א פרײַען שא- 
בעסצונאכטס, ווען כעװורע-לײַט זײַנען ניט פארנומען, אויסגערוט פונעם 
שאבעס, און װוּ שטענדיק געפינט זיך שוין א ייַד דערוף, ער זאָל פאר 
אלעמען מיט פײַןדגעקסיוועטע אויסיעס דעם פּינקעס אָנשרײַבן, פריַער דעם 
שארבלאט, דערנאָך די טאקאָנעס -- אלץ, װי דער נוסעך פון פּינקאָסים 
פאָדערט: מיט פייגעלעך אף פאָדעריבלאט געמאָלט, אָדער מיט צוויי הענט, 
װאָס דריקן זיך איינס דאָס אנדערע אף ברודערשאפט און אף א סימען, אז 
איינס דאָס אנדערע זאָגן צו זיך צו שטיצן. 

אויך דאָס מאָל אין אזא ייד שוין באם אויספארטיקן דעם פּינקעס און 
באם ארײַנשרײַבן די נעמען פון די כעװורע-לײַט געזעסן -- א פארטראָגע- 
נער, שטארק-באשעפטיקטער מיט די פארשיידן-קאָלירטע טינטן און פּענעס 
לעבן אים און ארום אים. איבער זײַן קאָפּ האָבן ייִדן-באלמעלאַכעס די 
העלדזער און קערפּערס געשטרעקט, דעם פאָלקס-קינסטלער בא זײַן מעלאָ- 
כע צו זען, און אז אויך דערנאָך, ווען אלץ װעט שוין פארטיק זײַן, זי זאָלן 
זייערע כסימעס -- װער סע קאָן, -- אוועקלייגן. 

ס'איז געווען א ביסל טומלדיק און אופגעלייגט, װי ביכלאל אין אזוינע 
מאָמענטן, ווען מענטשן ווארטן גוטס און טויוועס פון א זאך, וועלכע זי 
האָבן אײיניק און מיט איין דייע פארטראכט און פירגענומען, און אפילע 
ווען קאפּצאָנים, װי דאָרט, דעמלט, לייגן זיך צונויף מיטן לעצט -- מיטן 
קאפּצן, -- װאָס זיי האָבן... 

אָט דעמלט האָט זיך גיטעלע מיט איר דינסט באוויזן. ס'האָט זי צוערשט 
קיינער ניט באמערקט. נאָר אז גיטעלע איז גלײַך צו צום אָרנקודעש, און 
נישט אָנפרעגנדיק זיך בא קיינעם, װי ס'פירט זיך אין אזוינע פאלן, האָט 
זי דעם פּאָרויכעס ראשיק א פארנעם געטאָן און ארויס מיטן ערשטן קאָל 
פאר די טוירעס, װאָס פון אינװײיניק, -- אָט דעמלט האָבן אלע מיטאמאָל 
די קעפּ פון מײַרעװיזײַט צו מיזרעך אױסגעקערעװעט און גלײַך 
דערזען: 


387 


עפּעס צוויי װײַבער האָבן זיך אין שול באוויזן. איינע -- װײַזט אויס, א 
דינסט -- איז בא דער זײַט געבליבן, און איז, אפּאָנעם, נאָר צום באלייטן 
מיטגענומען געװאָרן, און די צווייטע, די, װאָס די נויט איז אירע, איזן 
פארן אָרנקודעש און פאר די טוירעס טײַנען געקומען. 

מע האָט גלײַך זיך אויך דערװוּסט, װער די נויטבאדערפטיקע איז. אז 
דאָס איז גיטעלע, די גרויס-באװוּסטע פון יענער גאס, װוּ איר מאן האָט 
דעם באװוּסטן פּריצישן הויף געהאט, װוּהין זומער, אלע שאבעס, פלעגט 
די גאנצע שטאָט, באזונדערס די אײַנװױנער פון יענער גאס, אהין, אין 
יענעם הויף, קומען טרינקען וואסער פון דער קאלטער קרענעצע: און װאָס 
בייסן טרינקען האָט מען שוין אויך געכאפּט א קוק אף דער שטוב, אף דער 
גוואלדיקער גווירישער הארכאָווע, אפן געפלאסטערטן הויף, אף די קאמערן 
און שטאלן, און אפן סאָד, וועלכער איז אף א שלאָס געווען פארשלאָסן; און 
אלע אויגן דערבײַ זײַנען געווען פול מיט קינע, און אָרעמעלײַט דערביי 
האָבן געזיפצט, זיך ניט קענענדיק ווינטשעווען אזוינס. איצט האָט מען 
דערזען, אז דאָס איז זי, גיטעלע, די באװוסטע גווירנטע, דאָס װײַב פונעם 
באוװוסטן גוויר, פון מוישע מאשבער, אהער, וי ס'װוײַזט אויס, געקומען א 
צאָרע אױיסצוּוויינען. 

מע איז שטיל געבליבן. מע האָט די ארבעט באם פּינקעס און אויך די 
געשפּרעכן איבערגעריסן, װי טאָמיד ס'פירט זיך, ווען א פרוי קומט אין 
דער מאנצבלשער שול ארײַן בעטן, װאָס ווען אפילע אין סאמע מיטן דאוו- 
נען, און ווען זי קומט צו די סאמע פרומסטע אפילע, רײַסט מען איבער 
אפן האלבן װאָרט און מע ווארט אויס, ביז יענע, די פרוי, װעט איר הויך- 
גוואלדיק געשריי און געבעט ארויסגעבן און פארענדיקן. 

אזוי אויך איצט. דער אוילעם האָט געשוויגן, און פון דער טיף פון אָרן- 
קוידעש ארויס, װוּהין גיטעלע איז צוגעפאלן מיטן קאָפּ, האָט זיך דערהערט 
א יאָמערלעך געוויין פון א מוטער, װאָס קען בעשום-אויפן ניט פּױעלן און 
ניט דערלאָזן דעם געדאנק, אז זי דארף זיך שיידן מיט איר בעסטן, מיט 
איר ליבסטן -- מיט א קינד, און נאָך װאָס פאר א קינד -- שוין אליין א 
גרויסע, א דערוואקסענע, שוין אליין א מוטער פון קינדער. 

גיטעלע האָט איצט פארן אָרנקױדעש געטײַנעט עפשער נאָך מער, וי 
פּריִער מיט אייניקע טעג פאר די קװאָרים אפן , פעלד". אָרעמע ייִַדן באל- 
מעלאָכעס האָבן, נאטירלעך, באדויערט, כאָטש, צוריק גערעדט, האָט זיך 
יעדער איינער דערמאַנט, אז בא אים, ווען אזא זאך מאכט זיך -- א קינד 
איז קראנק, א װײַב, אָדער אן אנדער ווער ---איז אפילע דאָס קומען בעטן 
אין שול, כאָטש די שול איז פאר אלעמען אלציינס פרײַ און צוטריטלעך, 
איז דאָך גאָר אנדערש און ניט אזא, וי דאָ איצט, בא גיטעלען, וועלכע איז 
געקומען, װי צו זיך, װי צו גאָר אן אייגענעם: אויך איצט דאָ מיט א מין 
גווירישער ברייט, װי, ערשטנס, מיט א דינסט אף זי צו באלײטן, און 
אפילע אויך די טײַנעס צו גאָט אליין -- אזוינע, און מיט אזא שטעל, גלײַך 
ער איז איר מער מעכויעוו, וי אנדערע, 

יידן באלמעלאָכעס האָבן, נאטירלעך, ניט מעקאנע געװען; נאָר אפילע 
אויך אין אזא-אָ צאָרע-צײַט האָט זיך בא זיי געבעטן דער פארגלײַך מיט 


388 


א גוויר, און דער פארגלײַך האָט זיך, אפילע איצט, ניט באקומען צו זייער 
גונסטן. װײַל באלד נאָכן געוויין האָט גיטעלע צוגערופן דעם שאמעס און 
אים געגעבן אף ליכט און גאז -- דאָס, װאָס זיי, די אָרעמע, קאָנען ניט. 
זי האָט אף דער שול און דעם שאמעס אליין עפּעס געשאָנקן, מע זאָל, 
הייסט עס, איר כוילע אין זינען האָבן באם דאוונען. זי האָט אויך פארן 
אוועקגיין די פארזאמלטע אף מאשקע געשפּענדעט, אז אויך זיי, איצט, ווען 
ס'איז בא זיי אופגעלייגט און זיי גייען טאָן א מיצווע-זאך, וי גרינדן א 
כעוורע, איז אז זיי װועלן טרינקען לעקאָװעד דער גרינדונג, זאָלן זיי אויך 
פּאר איר טאָכטערס געזונט טרינקען און איר א רעפוע-שליימע ווינטשן. 

מע האָט איר, נאטירלעך, צוגעזאָגט, און גערן דאָס געשפּענדעטע אָנ- 
גענומען. און דעמלט, אז גיטעלע האָט דאָס אלץ פארענדיקט, האָט זי די 
דינסט מיט זיך מיטגערופן, איז מיט איר פון שול אוועק. און אפן וועג גיי- 
ענדיק, שוין א ביסל אן אופגעמונטערטע און בארויַקטע, װי טאָמיד נאָך 
א געוויין, ווען די האָפענונג שטארקט זיך און דאָס געמיט װוערט געלינ- 
דערט, איז איר אויך אפן געדאנק א מין לינדערונג געקומען, און זי האָט 
זיך דערמאָנט, אז אין אזא-אָ צײַט האָט זי, דאכט זיך, אכוץ די, פאר ווע- 
מען זי האָט הײַנט און די לעצטע טעג געבעטן, אויך נאָך עפּעס עמעצן, 
פאר וועמען זי װאָלט געקאָנט דאָס הארץ אויסגיסן. דאָס איז אלטער -- 
יענער, וועלכער איז, דאכט זיך, אזוי װײַט און פון מענטשן ארויסגענומען, 
אָבער אין דער זעלבער צײַט אזוי נאָענט, װי אן אייגן קינד, אָדער װי א 
מין הײיליקער, פאר וועמען מע קאָן אלץ, ביז א מינדסט, אויסלייגן... און 
יאָ, און אלנפאלס, דארף מען דאָס אין זינען האָבן, -- האָט זיך גיטעלע 
געזאָגט, צו דער שטוב צוקומענדיק, 

און ווירקלעך: אז אין אייניקע טעג ארום שפּעטער, אז די שטוב האָט 
ניט אופגעהערט שמעקן מיט רעפועס און מיט ערעוו-וויזיטן און נאָך-װוי- 
זיטן פון דאָקטױירים, און אז אין דער זעלבער צײַט זײַנען אויך פון גע- 
שעפט די מאנצבלען אלע טאָג װאָס אמאָל מער פארפינצטערטער אהיים 
געקומען, האָט זיך איינמאָל גיטעלע אין איר פארטראכטן לינדן געדאנק 
דערמאַנט און איז פּאמעלעך-פּאמעלעך דורך די טרעפּ, װאָס פירן פון קיך 
צו אלטערן אין אייבערשטיבל, ארוף, 

שוין גײענדיק אף די טרעפּ, האָט מען געקאָנט באמערקן, אז גיטעלע 
גייט איצט ניט, װי צו קיין איר גלײַכן. דה. ניט צו אזא, צו וועלכן, אז 
מע האָט אן איניען און אז מע לאָזט זיך גיין צו יענעם, איז אז מע קומט 
שוין נאָענט צו פאר דער טיר, האלט מען שוין דעם איניען אין קאָפּ און 
מע טוט זיך די געדאנקען און די ווערטער, מיט וועלכע מע דארף זיך 
ווענדן צו יענעם, אויססיידערן און אין אָרדענונג ברענגען. ניין. גיטעלע 
איז דעריקער איצט נאָר מיט אירע נויטן פארנומען געװוען, אָבער װוּהין 
די פיס אירע האָבן זי געפירט, האָט זי קימאט ניט געװוּסט. געװוּסט 
נאָר, אז, דאכט זיך, צו אלטערן פירן זי זי, אָבער װאָס זי װעט דאָרטן 
טאָן, װאָס זאָגן, און װי זיך פירן און האלטן -- האָט זי װײַטער ניט גע- 
װוּסט. 

אז זי איז ארײַן, האָט זיך אלטער דערשראָקן און פארלוירן. װײַל צו 


89 


דעם, אז גרויסע און דערוואקסענע זאָלן אריבערטרעטן זײַן שװעל, איז 
ער דאָך ניט געוווינט געווען, ביפראט גיטעלע, זײַן ברודער מוישעס װײַב, 
װאָס ער האָט פארשטאנען, אז אויב זי אליין האָט זיך שוין מאטריַעך געווען 
אהער, צו אים, ארופגיין, איז האָט זי דאָך שוין געוויס גאָר-גאָר אן ערנ- 
סטער איניען ארופגעבראכט -- אזא, װאָס אָדער פאר אים, אָדער פאר איר 
זייער וויכטיק. און דאָס האָט אים אין פארלעגנהײַט געבראכט. 

גיטעלע, ווידער, אז זי האָט נאָר זײַן שוועל אריבערגעטראָטן און דער- 
זען דעם, צוליב וועמען, אייגנטלעך, זי האָט זיך אהער ארופגעהויבן -- 
אלטערן, איז אזוי וי ביז פריַער א מינוט האָט זי, װי געזאָגט, פון אים ניט 
געקלערט, האָט זי אָבער איצט, אים שוין האָבנדיק פאר די אויגן, א גע- 
וויסע שטעלונג געמוזט צו אים נעמען, קעדיי צו קענען ארויס מיט דעם, 
װאָס זי האָט אין זינען געהאט און בענעגייע אים פארטראכט. זי האָט אף 
אים טייקעף א קוק געטאָן, און כאָטש איצט איז ער געװען בעסער גע- 
קליידט, כאָטש ער האָט אויך פיל בעסער אויסגעזען, האָט זי אָבער דאָך אף 
אים, װוי אף איינעם, װאָס ניט פון ייַשעוו, געקוקט, און אזוי אים טאקע אָנ- 
גענומען: פאר א קינד, אָדער פאר א האלב הײיליקן טאם, װאָס דאָס אָבער 
שטערט ניט, נאָר פארקערט, העלפט נאָך, דאפקע פאר אזא ארויסצוברענ- 
גען און אויסדערציילן אזוינע זאכן, װאָס ווען ניט פאר אזא, -- ניט פאר 
קיין קינד, ניט פאר קיין האלבן טאם, נאָר פאר א געזונטן קלאָרן און 
פארשטאנדיקן -- ברענגט מען קיינמאָל ניט ארויס אזוינס. 

זי האָט אים גלײַך א זאָג געטאָן אָן שום האקדאָמעס, גלײַך װי מיט 
אזוינע זײַנען איבעריקע װערטער איבעריק און מע קאָן פאר זי אָן 
שום פאָרעדעס צום איניען צוטרעטן, --זי האָט אים גלײַך א זאָג געטאָן: 

-- דו, אלטער, װאָס... -- נאָר דאָ האָט זי זיך פארהאקט, נישט וויסנ- 
דיק, װאָס ,װאָס?, און דערזעענדיק פאר זיך, עמעס טאקע, א ביסל א 
דערשראָקענעם און פארלוירענעם, אָבער פאָרט שוין א מענטש מיט פאר- 
שטאנד, װאָס פאָדערט צו זיך כאָטש די מינדסטע מאָס אכטונג און אופ- 
מערקזאמקײַט, און װאָס די װערטער, װאָס װערן פאר יענעם געזאָגט, 
דארפן, אלקאָלפּאָנעם, מיט זין געזאָגט װערן, -- האָט זי זיך דערום א 
װײַלע פארלוירן, גיטעלע: אָבער באלד האָט זי זיך געכאפּט, און מיטן 
זעלבן געפיל, מיט וועלכן זי איז ארופגעקומען, און מיט דער זעלבער בא- 
ציונג, װי צו א קינד, װי זי איז די ערשטע מינוטן צוגעגאנגען צו אים, -- 
גענוי מייטן זעלבן, װוידער, האָט זי איר אָנהײב רייד איצט פאָרגעזעצט: אינ- 
גאנצן אָפן, אינגאנצן הויל, אינגאנצן אָפּגענאקעט, װי מע זאָגט פאָרט 
אמאָל נאָר פאר א טאם, אָדער פאר א האלבן הײיליקן, 

-- דו, אלטער, -- האָט זי אים געזאָגט, -- װאָס ביסט אונדז אן איי- 
גענער, און װאָס מיר האָבן מיט דיר אזויפיל צו טאָן געהאט, ביז מיר 
האָבן דיך ארופדערצויגן ביז צו דער איצטיקער שטופע; דו, װאָס זיצסט 
זיך דאָ אויבן, ווייסט נישט פון גאָרנישט, און אלץ װערט דיר ארופגע- 
בראכט, װי א פויגל אין שטײַג, װאָלסט איצט געמעגט פאר אונדזער הויז- 
געזינד זיך אײַנשטעלן, פאר אונדז בעטן, װײַל מיר אונטן ברענען, מיר 
אונטן גייען אונטער, דו הערסט, אלטער? 


390 


-- דו ווייסט ניט?! פארשטייסט ניט? װײַל דו ביסט א קינד און פון 
דער װעלט ארויסגענומען. אָבער דו דארפסט וויסן, ריישיס, אז אונדזער 
נעכאמקע קאָן אונדז, כאָלילע, גאָר אינגיכן פון דער וועלט גיין און פאר- 
שניטן ווערן פאר דער צײַט; צווייטנס, אז די געשעפטן אונדזערע (--, דו 
ווייסט, אלטער, װאָס ס'הייסט , געשעפטן?? -- האָט זי אינמיטן די רייד 
ארײַנגעשטעלט א פראגע, װי נישט זיכער זײַענדיק, אז אָט דאָס װאָרט 
איז קלאָר און באדײַטונגפול פאר אלטערן...), אז אונדזערע געשעפטן זײַ- 
נען אזוי שאָפל, אז באלד װעלן מיר, מעגלעך, מוזן מיט אלעם אונדזערן 
זיך שיידן, װי מיט די געשעפטן אליין, און װי אויך מיט דער שטוב -- 
מיר אונטן און דו אויבן. -- דוז הערסט, אלטער? 

און דאָ האָט זיך גיטעלע שטיל צעויינט -- נישט פאר אלטערן, וי 
ס'איז צו זען געװוען, נאָר פאר זיך אליין, װײַל פון אלטערן, האָט מען 
ווידער געזען, האָט זי, אויסער זײַן אומשולד, אף מער גאָרנישט ניט גע- 
ווארט: ניט געווארט, ער זאָל זי טרייסטן, װי פון אן אנדערן, א געוויינ- 
לעך-געזונטן, נאָענטן, װי אויך ניט געווארט, ער זאָל מיט איר גלאט א 
שמועס פארפירן און אזויערנאָך איר דאָס הארץ אויסריידן. ניין. זי האָט 
געוויינט, װײַל ס'האָט זיך איר געוויינט, נישט קוקנדיק אפילע אֹף דעם, 
װאָס זיצט, אָדער שטייט פאר איר, נאָר גלײַך זי װאָלט געווען אליין אין 
צימער, און גלײַך זי װאָלט פאר די הוילע, שטומע ווענט געוויינט. 

אלטער איז געשטאנען וי אָן הענט און אָן לאָשן. נישט ער האָט גע- 
האט מיט װאָס זי צו טרייסטן, נישט ס'האָט אים קיין מוט געקלעקט און 
אויך נישט קיין רעגילעס דערצו, װי בא אנדערע אין אזוינע מאָמענטן, 
ווען מע דארף א צווייטן אין א צאָרע פארגרינגערן. דערוף איז ער נאָך 
בעעמעס אומבאהאָלפן און װײַט פון ייִשעװו געווען. ער האָט גאָרנישט ניט 
געזאָגט, האָט אויסגעזען בלאס און געשטאנען אזוי, גלײַך ער װאָלט דעם 
קאָפּ און די אויגן נישט געהאט װוּהין אהינצוטאָן. 

און אז גיטעלע האָט זיך אין דער שטיל אויסגעוויינט, האָט זי ווידער 
שטיל, פון איר בענקל, אף וועלכן זי האָט זיך צום אָנהײיב געהאט אראָפּ- 
געלאָזט, אופגעהויבן, און פארן אוועקגיין שוין צו אלטערן גלאט אזוי א 
פּאָר װוערטער געלאָזט פאלן, װאָס זײַנען שײַעך אים אליין -- זײַן פילן 
זיך און װאָס סע פעלט אים: 

-- וי גייט עס אים? װאָס פעלט אים? זאָל ער זאָגן, װאָס ער דארף, 
וװעט מען אים זען ארופשיקן... 

זי איז אראָפּ, 

און דאָ איז שוין אלטערן געגעבן געווען אף גאָר א קלאָרן אויפן דאָס, 
װאָס ער האָט פריִער פון מייערלען נאָך אומקלאָר באקומען -- די ריכטי- 
קע סיבע, פארװאָס אלע זעען די לעצטע צײַט אזוי אויס, װי אויך דאָס, 
פארװאָס זײַן ברודער מוישע האָט אפילע וועגן אזא זאך, וי וועגן וועלכער 
ער האָט מיט אים אין יענעם געוויסן אפדערנאכט דעם געוויסן געשפּרעך 
געהאט, איצט געזען מיט אים אױיסמײַדן צו ריידן. 

ס'איז אים, אויסער דעם, אויך קלאָר געװאָרן, אז דער שטוב-גוירל 
דארף אינגיכן, גאָר אינגיכן אויך אים ערגעץ מיט א פליגל-שפּיץ אָנרירן 


291 


און אף אים זײַן שאָטן לאָזן פאלן. ווען און ויאזוי -- האָט ער ניט גע- 
װוּסט, נאָר א פאָרגעפיל האָט אים געזאָגט, אז מיט גיטעלעס באזוך זײַ- 
נען די באזוכן ניט אויסגעשעפּט און ניט געענדיקט, אז אירער איז אים 
ניט דער לעצטער, און אז נאָך אים דארף נאָך קומען עפּעס אזוינס, װאָס 
װעט אים אין סאמע רעכטן אָנטײלנעמענדיקן שטוב-קאָך ארײַנצלען און 
אים שוין ניט לאָזן פונװײַטן... ווען דאָס װעט פאָרקומען? -- האָט ער װיי- 
טער ניט געװוּסט, נאָר פון יענעם מאָמענט אָן האָט ער זיך װוי גענומען 
דערצו גרייטן. און ריכטיק, אין א קורץ שטיקל צײַט ארום האָט דאָס גע- 
טראָפן, ווען איינער, שוין גאָר א נאָענטער זײַנער -- דאָס איז געווען 
אליין אע זײַן ברודער מוישע -- איז אים מיטן דריטן באזוך געקומען 
באפוילן. 


ס'איז געשען גאָר אינגיכן. ס'האָט איינמאָל, סאמע אין יענער צײַט, ווען 
אלעמענס קעפּ זײַנען געווען אזוי פארטראָגן, די עלטערע דינסט אין עס- 
שטוב זיך ארײַנגעשטעלט. מע האָט געזען, אז ס'איז ניט צוליב קיין קיך- 
און דינסט-איניען. זי האָט, צוליבן איצטיקן ארײַנקומען, אפילע אָנגעטאָן 
די שאבעסדיקע פאטשיילע אפן קאָפּ, וי ס'טוען דינסטן אינמיטן דער װאָך 
נאָר ווען זי קומען אָן אף א נײַ ,אָרט?, צו נײַע באלעבאטים, אָדער, פאר- 
קערט, ווען זי גייען אוועק און זיי געזעגענען זיך מיטן אלטן , אָרט?. זי 
האָט, גייענדיק פון דער קיך אין עסצימער, א ביסל א פארשעמטע און 
אן אומזיכערע, מיט אן עק פאטשיילע די אייבערשטע ליפּ געװוישט, גלײַך 
זי װאָלט געגאנגען אין גאָר אן ערנסטער שליכעס, אָדער אף אזא אונטער- 
נעמונג, װאָס איז ניט פאר איר דאָס אויסצופירן און ארויסצוברענגען. דאָך 
איז זי געגאנגען, װײַל, װי ס'װוײַזט אויס, האָט זי דער געוויסן געביסן און 
ניט געלאָזט פארשװײַגן אזא זאך, װאָס לויט אירע פרומלעך-ישטייגערישע 
איבערצײיגונגען, האָט זי דאָס געמוזט ארויסגעבן. 

זי איז געקומען צו גיטעלען, וועלכע איז גראָד דעמלט געווען אליין אין 
צימער, און נאָך לאנגער קװענקלעניש, נאָכן האלבן שטומלאָשן און לי- 
טישן װישן זיך מיטן עק טיכל די פארשוויצטע אייבערשטע ליפּ, האָט 
זי א זאָג געטאָן: 

-- באלעבאָסטע, זאָלט איר מיר מויכל זײַן... נאָר כ'האָב אײַך געװאָלט 
זאָגן, אז ס'איז ניט רעכט, װאָס אונדזער מויד, די גנעסיע, שלאָפּט מיט 
מיר אין קיך... 

-- װאָס? -- האָט גיטעלע ניט פארשטאנען, װײַל דער קאָפּ איז איר 
מיט עפּעס אנדערש און פיל בילכערס געווען פארנומען. -- װאָס האָסטו 
געװאָלט? 

-- כ'האָב געװאָלט זאָגן, באלעבאָסטע, אז ס'איז ניט רעכט, װאָס יענע, 
די מויד אונדזערע, שלאָפט מיט מיר אין קיך, -- האָט זי װוידער אירע 
ערשטע רייד און ווענדונג איבערגעכאזערט. 

= װאָס זי שלאָפט אין קיך, זאָגסטו? איז װוּ דען זאָל זי שלאָפן? אין 
זאל? 


292 


-- ניין, כ'מיין ניט, כ'זאָג נאָר... -- האָט יענע גענומען שטאמלען, נישט 
וויסנדיק, װיאזוי צו איר זאך צוצוטרעטן. 

-- װאָס עפּעס פּלוצעם? װאָס איז געשען? -- האָט גיטעלע זי איבער- 
געפרעגט, און וי איר העלפנדיק פונעם שטאמלעניש אפן גלײַכן וועג ארוף. 

-- ס'איז געשען, באלעבאָסטע, דאָס, װאָס אלטער, אײַער אלטער, דרייט 
זיך די לעצטע צײַט שוין עפּעס צופיל איבעריקס באנאכט אין קיך.. 
צוליב מיר דרייט ער זיך געוויס ניט.. איז מיסטאם צוליב איר, צוליב 
דער מויד... 

-- װאָס?! -- האָט גיטעלע א געשריי געטאָן, זיך פון אָרט, פון איר 
בענקל, װוּ זי איז געזעסן, זיך א הייב געטאָן און אף יענער אזא קוק גע- 
געבן, אזש בא דער דינסט האָבן די הענט אָפּגענומען, און זי האָט שוין 
באלד עפשער כאראָטע געהאט, װאָס זי האָט זיך גאָר אונטערגענומען און 
האָט ניט אײַנגעהאלטן איר געוויסן אין בוזעם. 

-- יאָ, באלעבאָסטע, -- האָט זי, וויבאלד שוין אָנגעהויבן, זיך דאָך 
װײַטער אײַנגעשטעלט, -- כ'האָב דאָס אײַך געמוזט זאָגן, װײַל איר זענט 
דאָך אן אייגענע... דארפט איר עס וויסן, װײַל ס'קאָן עפּעס געשען... און 
גאָר ניט לײַטיש. 

גיטעלע האָט דאָ גלײַך דערזען, אז יענער האָט דאָס אײַנשטעלעניש 
פיל מי געקאָסט, ביז זי איז צו איר מיט דער שליכעס געקומען, און זי 
האָט דערום פארשטאנען, אז דאָס, װאָס יענע זאָגט איר דאָ, איז שוין גע- 
וויס ניט אויסגעטראכט, נישט קיין אױסװײַזעניש, נאָר א זאך א זיכערע, 
און מיסטאם איז זי אויך א שטיק איידעס געווען דערפון. אזוי, אז װי 
גיטעלען איז ניט שווער געווען אזוינס פון א פרעמדן, פון א דינסט, דאָס 
צו הערן, האָט זי זיך דאָך געלאָזט ריידן, און װי נישט פארשעמט איר 
פּאָנעם איז נישט געווען אראָפּגעלאַזט צו דער ערד, נישט קאָנענדיק קוקן 
דער דינסט אין די אויגן, בעשאס יענע דערציילט איר גאָר אזוינס, דאָך 
האָט איר אויער, ווילנדיק צי ניט וילנדיק, באנומען אלץ, װאָס זי האָט 
געהאלטן פאר איר כויוו צו הערן -- טאקע ביזן סאָף, און ביז זי װועט 
זיך ניט איבערצײַגן אין דער גאנצער ריכטיקײַט פונעם דערצײלטן: -- 
ניין! ס'איז ניט קיין רעכילעס, נישט אויסגעטראכט, נאָר, װי ס'איז ארויס- 
צוזען, טאקע הוילער און ריינער עמעס. 

די דינסט האָט איר דעמלט אף האלב װײַבער-לאָשן, װי א פרוי, אָנ- 
פארטרוילעך אפילע דערציילט וועגן אייניקע גאָר אומאָנגענעמע פּראָטים, 
װאָס פון זיי האָט גיטעלע נאָך מער דאָס פּאָנעם אראָפּגעלאָזט און נאָך מער 
פארשעמט דער דינסט אין די אויגן נישט געקאָנט קוקן. נאָר באלד דערנאָך, 
אז זי האָט אלץ, װאָס געהער, זיך דערװוסט, און אין דער ריכטיקײַט פונעם 
זיך-דערװוּסטן שוין מער קיין צווייפלען נישט געהאט, אזוי האָט זי זיך 
נאָכאמאָל פון איר בענקל אופגעכאפּט, און מיטאמאָל, אײַלנדיק, אפגיך, 
אז יענע, די דינסט, זאָל איר פארלױירנקײַט און איר געשלאָגענעם שטאָלץ 
ניט באמערקן, איר א זאָג געטאָן: 

-- נו, גוט, גוט.. גיי, גיי... מע װעט שוין זען טאָן, װאָס מע 
דארף... 


393 


-- יאָ, -- האָט דאָ גיטעלע צוגעגעבן, -- און געדענק: מער מיט קיינעם 
וועגן דעם ניט ריידן, מער פאר קיינעם קיין װאָרט דערפון. זי הערט, די 
דינסט? 

-- אוואדע הערט זי! װאָס זשע, זי פארשטייט ניט? זי זאָגט נאָר, אז 
די מויד דארף דאָרט ניט שלאָפן, -- האָט זי נאָכאמאָל איר װאָרענונג 
איבערגעכאזערט, -- מע קאָן זי לייגן אין עסצימער, מע קאָן זי לייגן, ווו 
מע וויל, אבי ניט דאָרט, -- האָט די דינסט שוין פעסטער, מער היימישער 
און מער זיך דערלויבנדיקער א זאָג געטאָן, קעדיי גיטעלען צו בארויקן, 
מאכמעס זי האָט געזען, אז די נײַס, װאָס זי האָט איצט אין שטוב ארליג- 
געבראכט, האָט אף גיטעלען א דערדריקנדיקן אײַנדרוק געמאכט. 

-- גוט, גוט, -- האָט גיטעלע געזאָגט צעטומלט, -- גיי, גיי, מע וועט 
שוין זען באטראכטן. 

גיטעלע האָט דאָס מאָל ניט געזאמט, און ניט געקוקט דערוף, װאָס זי 
אין גאָר װײַט פון א באלן געווען איר מוישען, צו אלעם אומנאכעסדיקן 
פון פאר דער לעצטער צײַט, אים נאָך איינעם אן אומנאכעס, אוביפראט 
אזא, פארשאפן און ארײַנברענגען, האָט זי דאָך בא זיך די זאך אף לאנג 
ניט אויסבאהאלטן און איז גלײַך מיט דעם פאר אים ארויס. 

זי האָט אים טאקע דעם זעלבן טאָג, װי נאָר ער איז אהיים געקומען, 
אף א װײַלע אין זייער אלקער אָפּנערופן, און גלײַך נאָר, װי ביידע האָבן 
די שוועל אהין אריבערגעטראָטן און דאָרט אליין געבליבן, אזוי האָט זי 
אים די נײַס איבערגעגעבן, און דערבײַ מיט אומרו און מוירע אף אים 
א קוק געטאָן, צו זען, װי ער װעט דאָס באנעמען, װאָס ער װעט איר 
אייצען פאָרצונעמען, אָדער װאָס ער אליין װעט דאָ זען עפּעס טאָן. 

מוישע מאשבער האָט, דאָס דערהערנדיק, זיך א כאפּ געטאָן וי אָפּגע- 
בריט:; און װי אלץ, װאָס ער האָט די לעצטע צײַט געטאָן, און װאָס מע 
האָט געזען, אז ס'איז װײַט פון באטראכטקײַט און פון איבעריקן ייִשעװו- 
האדאס, װי ס'פּאסט פאר אזא, װי מוישע, אזוי האָט ער אויך דאָס מאָל 
בענעגייע אלטערס איניען געטאָן; ער האָט אײַלנדיק און כאפּנדיק גלײַך 
א זאָג געגעבן; 

-- מ'דארף זען א שאדכן, 

-- װאָס א שאדכן? פאר וועמען א שאדכן? -- האָט גיטעלע א דער- 
שטוינטע א פרעג געטאָן. 

-- װאָס הייסט ,װאָס"? װאָס הייסט ,פאר װעמען"? פאר אלטערף 
פאר וועמען דען, אויב ניט פאר אלטערן? 

-- און מיט וועמען ווצט ער אים ריידן, דער שאדכן? 

-- מיט וועמען? מירן זען. מע װעט זיך אן אייצע האלטן -- צװישן 
זיך און אויך מיט אלטערן אליין איבעריידן. און דערװײַל, -- האָט דאַ 
מוישע צוגעגעבן, דערמאַָנענדיק זיך, װאָס די דינסט האָט גיטעלען דער- 
ציילט, -- דערװײַל קאָן מען איר בעטל אין עסצימער איבערטראָגן, אין 
עסצימער... -- האָט ער געזאָגט און מער דעם שמועס ניט פאָרגעזעצט. 

מוישע מאשבער האָבן, דאָס דערהערנדיק, עטלעכע געדאנקען מיטאמאָל 
אין קאָפּ א קלאפּ געטאָן. ערשטנס: עפשער א זיוועג: ער האָט זי דערזען, 


94 


זי איז אים געפעלן, איז עפשער איז זי זײַן באשערטע... צווייטנס: אז ס'איז 
אויך ניט קרום: װאָרעם װער, אוב ניט אזא, װעט פאר אזא, װי פאר אל- 
טערן, פאר א װײַב דען וועלן גיין? קיין אנדערע געוויס ניט. זײַן שלאפקײַט 
פון ביז אהער איז דאָך אלעמען באװוּסט, און אויך פאר זײַן מאָרגן קאָן 
קיינער ניט אָרעוו זײַן -- הײַנט ווער, אויב ניט אזא, װעט זיך אף אזוינעם 
דען קוואפּען און זיך אײַנשטעלן מיט אים זײַן גוירל טיילן? דריטנס,-- 
איז מוישע מאשבער א געדאנק דורכגעלאָפן, -- דארף מען דאָס זען אָפּ- 
טאָן אפגיך, װאָס גיכער טאקע זען דעם שידעך טאָן, און אפילע אויך 
כאסענע מאכן... ער זעט דאָך, װאָס ארום אים טוט זיך, װי דאָס שלימע 
גייט און קומט אים אָן פון אלע זײַטן --איז עפשער מיט דעם, מיטן 
כאסענע מאכן א פארזעסענעם, ביפראט אזא פארזעסענעם, ביפראט אן 
אייגענעם, װעט ער דעם גזאר אָפּשטעלן, דאָס פּײַער פארהאלטן און די 
שווערע האנט פון זיך אָפּפירן און פון אויבן זיך א דערלײַכטערונג פאר- 
דינען. פערטנס, -- האָט ער זיך דערמאָנט, װאָס לוזי האָט אים וועגן דעם 
צו זאָגן געהאט, און װי יענער האָט אים וועגן דעם געװאָרנט און אים 
אונטערגעײַלט. פינפטנס, -- װאָס אלטער אליין האָט אים וועגן זיך געהאט 
צו זאָגן, און נעמלעך: װאָס ער האָט בא אים, בייס יענעם געשפּרעך, אֶן 
שום בושע, מיט קלאָרן לאָשן געמאָנט, און דאָס איז דאָך א סימען, װי 
װײַט ס'איז אים צוגעטראָטן, -- הײַנט װי מעג ער דאָ איבעריקס טראכטן, 
איבעריקס זאמען און נישט זען װאָס גיכער דאָס אָפּטאַן און דערליידיקן? 

אָט דאָס און ענלעכעס האָט זיך אים אין קאָפּ געשטויסן און זיך װי א 
וויכער אומגעטראָגן, און פונעם גרויסן פּלאָנטער און צעטומלונג פון דעם 
אלעם האָט ער איינעם נאָר א קלאָרן און לײַכטן פאָדעם געקאָנט ארויס- 
ציען, פאר וועלכן ער האָט זיך גלײַך אָנגעכאפּט, װי פאר א העכסטן ראטו- 
נעק, און דאָס ערשטע, װאָס אין דער ערשטער ריי ער האָט זיך געכאפּט 
דערפאר, איז געווען דאָס, װאָס ער האָט אײַלנדיק גיטעלען א זאָג געטאָן, 
און אויך דאָס, װאָס באלד שוין אין די נאָענטסטע טעג דערנאָך האָט ער 
אליין טאקע גענומען אויספירן, און געלאָזט רופן צו זיך מעשולעם דעם 
שאדכן... 


מעשולעם איז א ייד מיט א רויטלעך פּענעמל און װײַסלעך בערדל. 
ער טראָגט אן אָפּגעריבן פוטערן מיצל מיט א גרינלעכן אָפּגעבליאקעװעטן 
סאמעטענעם דענעק, און אז ער קומט ערגעץ ארײַן, איז דאָס ערשטע, װאָס 
ער טוט, איז אראָפּנעמען דאָס מיצל פונעם קאָפּ און צו בלײַבן אין דער 
יארמעלקע. דאָס גיט זיך אים ניט איבעריק לײַכט אײַן, װײַל דאָס מיצל 
פון דער יארמעלקע לאָזט זיך ניט אזוי גרינג אָפּטײלן און שיידן, מאכ- 
מעס ביידע -- אי דאָס מיצל, אי די יארמעלקע, -- זײַנען, פון פיל יאָרן 
זיי טראָגן, שוין היפּש פארשמאלצעוועטע און װי צוגעוואקסן איינס צום 
צווייטן, אַבער נאָך געװווינטער מי און געשיקטער האנט-מעלאַָכע צעטײײלט 
ער זיי לעסאָף, און זײַן ציל איז א דערגרייכטער. דאָס טוט ער קעסיידער 
צוליב שאדכאָניש-לעפּישעוואטער הארכאָווע, קעדיי צו באװײַזן פאר די 


99ט 


צו וועלכע ער קומט פאַרצולייגן א שידעך, אז ער פילט זיך היימיש, אז 
ער פירט זיך װי אין דער היים, און אז אף אזא, װי ער, װי אף מעשו- 
לעמען, קאָן מען זיך זיכער פארלאָזן. 

ער רעדט שידוכים, מערסטנטייל, נאָר עלטערע לײַט -- פופציקיזעכ- 
ציקיעריקע, אויך דינסטן, מעשאָרסים און אָרעמע, קליינע באלמעלאָכעס -- 
ווען אויך ייַנגערע, און אין אזא הויז, װי מוישע מאשבערס, ווען מע זאָל 
דארפן ניט פאר אזא, װי פאר אן אלטערן, װאָלט אזא, װי מעשולעם, קיינ- 
מאָל קיין צוטריט ניט געפונען. אהין, אין אזוינע הײַזער, איז, ווען מע האָט 
באדארפט, האָבן זיך שוין געפונען גאָר אנדערע, פיל מער אָנגעזעענע און 
באװוּסטע שאדכאָנים, װי נאָכעם-לייב פּשאַטער, לעמאַשל, --א מענטש, 
װאָס װוייסט, פאר אלעמען, ויַאזוי אין אזוינע הײַזער זיך צו האלטן -- 
מיט גרויס מאָס און אָנגענעמלעכקײַט, ווייסט װאָס וועמען פאָרצולייגן, 
און שוין אליין דערמיט רופט ער ארויס דערעכערעץ און רעספּעקט צו 
זיך. מעשולעם -- ניט. מעשולעם ווייסט איינס: א זאָכער און א נעקייווע. 
ס'מאכט ניט אויס, א יונגע מיט אן אלטן, אן אלטע מיט אן אלטן, אבי 
ס'איז דאָ וועמען צו פּאָרן, און אזא, װי ער, וי געזאָגט, װאָלט קיינמאָל 
אין אזא הויז, װי מוישע מאשבערס, ניט גערופן געװאָרן, און אליין זיך 
אפילע ניט אײַנגעשטעלט אהין ארײַן עפּעס פאָרצולייגן, ווען ניט אזא 
פאל, װוי דער -- וי אלטער, 

מוישע מאשבער האָט צו אָט דעם אויסטערלישן שידעך-ריידן געוויס 
נישט באדארפט קיין נאָכעם-לייבן, נאָר דאפקע טאקע אזא, װי מעשאָלעם, 
א צוגעשלאָגענעם, א לעפּישעװאטן, װאָס פאר אזוינע, װי פאר דינסטן 
קלעקט אים גענוג װאָס מע דארף, און װאָס געהער אלטערן האָט שין 
מוישע מאשבער אף זיך אליין גענומען דאָס דורכצופירן. 

דער גאנצער איניען איז דאָ געווען פּריקרע. און דערפאר, אז מעשולעם 
האָט זיך באוויזן אין שטוב, איז ניט נאָר ער אליין איז דאָ ניט ארויס 
מיט זײַן ברייטיצעלייגעניש -- מיטן אױיסטאָן דאָס מיצל און דאָס אָפּטײלן 
פון דער יארמעלקע, מאכמעס קאָװעד פארן גוויר, און מאכמעס אין אזא 
שטוב האָט ער זיך נישט געפילט איבעריק היימיש, ---נאָר מוישע מאשבער 
און גיטעלע, וועלכע האָבן אים די ערשטע באגעגנט, אים אין א באזונדער 
אלקער אָפּגערופן און דאָרט אים אופגענומען, האָבן אים אופגענומען 
אזוי, אז ער זאָל גלײַך פארשטיין, אז ביכלאל זאָל ער זיך דאָ ניט 
איבעריק צעלייגן, און אז דאָ איז אים איבערגעגעבן נאָר א האלבע זאך -- 
מיט קאלעס-צאד איבערצוריידן -- און װײַטער דארף ער זיך ניט מישן, 
און דאָס איבעריקע װעט מען שוין אליין און אָן אים דערליידיקן. 

פאר אלטערן האָט מען אים אפילע ניט געװאָלט באװײַזן, מע האָט 
געװוּסט, אז דער איניען איז צו אן איידעלער, און אזא לעקישעוואטער 
פּארשוין, װי א מעשולעם, קאָן דאָ נישט מיט קיין איידעלע שאדכאָנים- 
פינגער אן איידל געוועב אופרײַסן. מע האָט אים געשיקט נאָר צו דער 
קאלע. 

ס'איז גרינג צו זאָגן ,קאלע?... װי מוישע מאשבער איז ניט געווען 
דערשלאָגן, װי שטארק ער האָט ניט געברענט, אזש א רויך און סמאלענע 


2396 


האָבן פון אים געטראָגן, און װי די אייגענע אומגליקן האָבן זיך אף אים 
איצט מיטאמאָל ניט ארופגעוואלגערט, איז אים דאָך נאָך גענוג געטריי- 
שאפט געבליבן פאר אלטערן, ער זאָל אויך פאר אים אין דער שטיל אָפט 
א זיפץ טאָן... אייגנטלעך, נישט אזוי פאר אלטערן, װי ווידעראמאָל פאר 
זיך, װאָס אויך דער איניען אלטער און דער איצטיקער פארטראכטער 
שידעך האָט דאָך װוידער צו אים און צו זײַן לאגע געהאט א נאָענטע 
שײַכעס;: װאָרעם אן אנדערשמאָל װאָלט אפילע אזא זאך, װי אלטערן 
מעשאדעך צו זײַן, אויך פון אים, פון מוישען, אנדערש אויסגעפירט גע- 
װאָרן, אנדערש געוויס, װי איצט, װי פּאָשעט פאר דעם ערשטן מידל 
זיך אָנכאפּן, פאר אן ערשטער דינסט, אוביפראט פאר אזא, װאָס דינט 
טאקע בא אים אליין, בא מוישען. אן אנדערשמאָל װאָלט מען אפילע אזא 
סאָרט שידעך געוויס אנדערש, און פאר לײַטן לײַטישער, ארומגעשטעלט 
און אי פאר פרעמדע, אי פאר אלטערן אליין דאָס פײַנער אױיסגעפּוצט. 
איצט איז דאָס געטאָן געװאָרן מיט אימפּעט און מיט אזא ראשיקער איילי- 
קײַט, װאָס מוישען האָט דערבײי װי אָטעם אויסגעפעלט, און ער האָט דאָס 
געזען מאכן אפגיך, --װי מעשונע ס'אָל זיך ניט באקומען, װי נישט 
כאפּנדיק און װוי די אויגן ניט אופרײַסנדיק, אבי נאָר ס'אָל אָפּגעטאָן 
ווערן. 

דערצו האָט מוישען, װי געזאָגט, געצװוונגען דאָס ביסל אײַליקע גע- 
דאנקען, װאָס זײַנען אים אופגעקומען, דערהערנדיק די מײַסע מיט אל- 
טערן: און דעריקער, דאָס, װאָס, ערשטנס, עפשער איז דאָס א זיוועג: און, 
צווייטנס -- פאר מוישען אזא סאָרט מיצווע, װאָס מע דארף זיך מיט איר 
צוײַלן, ביפראט אין אזא צײַט, ווען מע ווייסט ניט וועמענס מאָרגן ס'איז, 
און צי מאָרגן װעט שוין דאָ ביכלאל עפּעס מעגלעך זײַן. 

א סװאָרע אויך, אז מוישע האָט דעמלט, אין דער צװישן-צײַט פון 
פארטראכטן ביז נעמען ריידן דעם שידעך מיט אלטערן, מיט לוזין זיך 
צונויפגערעדט, זיך אויסגעייצעט, און אויך יענער האָט מיט מוישעס פאָר- 
שלאָגן אײַנגעשטימט. אזוי, אז מעשולעם דער שאדכן איז שוין גערופן 
געװאָרן, און װי קאלט מע האָט אים אין אלקער בא מוישע מאשבער ניט 
אופגענומען און זיך אים ניט געלאָזט אף א היימישן אויפן צעגיין, דאָך 
איז אים איבערגעענטפערט געװאָרן מיט דער קאלע, מיט דער דינסט, מיט 
גנעסיען, איבערצוריידן, און ער, מעשולעם, איז גלײַך טאקע אין יענעם 
אַװונט, פון אלקער אין עסצימער און פון עסצימער אין קיך ארײַנגייענדיק, 
צום איניען צוגעטראָטן, 

װיאזוי די זאך איז פון אים געטאָן געװאָרן --איז אונדז ניט אינטע- 
רעסאנט. נאטירלעך, האָט ער פריַער פארפירט א שטילן שמועס מיט דער 
עלטערער דינסט, צו וועלכער ער האָט מער לאָשן און נעענטערן צוגאנג 
געהאט, װײַל אזוינע עלטערע זײַנען אָפט זײַנע קליענטן געװוען, און זי, 
די עלטערע, האָט לעכאטכילע אפילע געמיינט, אז דאָס מיינט ער זי טא- 
קע ---איר אליין א שידעך צו ריידן. זי האָט דערצו, אײַלנדיק און ערגעץ 
אין א ווינקל אָפּגײענדיק, דאָס קאָפּטיכל איבערגעביטן און דאָס שאבעס- 
דיקע אף זיך ארופגעכאפּט. און נאָך לאנגן לײַטישן װישן זיך די ליפּן און 


397 


שמועסן מיטן שאדכן, נאָך לאנגע האקדאָמעס מעשולעמס און שאדכאָנישן 
הין-און-הער, אז זי האָט פארשטאנען, װוּהין מעשולעם צילט, און אז ניט 
זי מיינט ער, נאָר גאָר גנעסיען, און ווען ער האָט איר אויך געזאָגט, מיט 
וועמען ער רעדט איר, אזוי האָט זיך די עלטערע אף א װײַלע פארלאָרן, 
אָבער באלד האָט זי זיך א כאפּ געטאָן און אויסגעשריגן: 

-- װאָס רעדט איר, רעב מעשולעם? טאקע? 

-- א ווייטעק איז איר, -- האָט זי, זיך נאָך פון דעם ערשטן געשרי 
ניט אָפּגערוט, שוין דאָס צווייטע ארױיסגעלאָזט, -- װאָס רעדט איר? ס'איז 
דאָך מיר גאָר אין קאָפּ ניט אײַנגעפאלן אזא זאך! אזא זאך! דאָס קאָן 
דאָך טאקע נאָר א שאדכן!.. 

-- װאָס זשע, רעב מעשולעם ---האָט זי װײַטער אויסגעשריגן, ---און 
דאָרט אין שטוב וייסט מען שוין? מע האָט שוין דערפון גערעדט, און 
דאָרט באשטייט מען? 

-- װאָס דען? אניט װאָלט ער אליין געקומען, ווען מע שיקט אים ניט? 
ער װאָלט דאָס אליין אויסגעטראכט? אוואדע, ווייסט מעף! 

אזוי, אז מעשולעם האָט אין קיך שוין א מיטוייסער און העלפערן 
געהאט. ס'איז ניט באװוּסט, צי האָט ער איר אויך עפּעס א שטיקל שאד- 
כאָנעס צוגעזאָגט, דער עלטערער דינסט, צי זי האָט דאָס פרײַװיליק אף 
זיך גענומען, װי אלע עלטערע, וועלכע ליבן די מעלאָכע פון פּאָרן און 
צונויפירן, און טוען דאָס גערן, אליין נאָר פון ליבע צו דער זאך, אָן שום 
באלוינט און באצאָלט װערן דערפאר, 

גנעסיע אליין, בעשאס מע האָט איר דאָס פאַרגעלייגט, האָט ניט גע- 
װוּסט, װאָס מיט זיך צו טאָן. זי האָט די גאנצע צײַט געהאלטן אין איין 
פארשפּיליען דאָס קאָפטל, װאָס איז איר ענגלעך געווען, און װאָס האָט 
טאָמיד צוגעצויגן צו זיך די אויגן פון א קאטערוכע דעם מעשאָרעס און 
אנדערע, וועמען ס'האָט פיל פארשפּראָכן.. זי האָט דעם קאָפּ אראָפּ גע- 
האלטן און ניט געקוקט ניט אף דעם שאדכן, אויך ניט אפילע אף דער 
עלטערער דינסט, מיט וועלכער זי איז אזוי געװווינט -- אזא צײַט אין איין 
קיך און בא איין ארבעט. 

זי האָט זיך גאָר פּלוצעם צעויינט --אי פון אומגעריכטקײַט, אי פון 
דער לעפּישקײַט און אומעגלעכקײַט פון אזוינס, װאָס ס'האָט זיך איר אויס- 
געוויזן אי אזוי געהויבן, אזש דעם קאָפּ צו פארײַסן, אי אין דער זעלבער 
צײַט אזוי אומגעלומפּערט און שאָפּל: װאָס הייסט --ער, אלטער, און זי, 
גנעסיע, גאָר כאָסןיקאלע און מאן-און-װײַב?.. יענער, װאָס האָט דאָך 
ערשט אפן אייבערשטיבל אזוי מעשונע געשריגן, און זי--- אזא געזונטע, 
מיט אזא פול קאָפטל, מיט א קלייד פול מיט קליבעס, װאָס װוּ א קאטע- 
רוכע אָדער אן אנדערער טוט זיך ניט א ריר אָן איר, אזוי זעט מען, אז 
ער עקט זיך פון באגער און פארגעניגן.. און ווען, לאָמיר זאָגן, אלטער 
שוין אפילע געזונט, איז װי קאָן זי זיך גאָר פאָרשטעלן און אויסמאָלן 
וויַאזוי זי, גנעסיע די מויד, װאָס האָט יאָרנלאנג אין קיך אָפּנעדינט, װעט 
פּלוצעם גאָר אזוי דערהויבן װערן, זיך אָנצוקערן מיטאמאָל אזוינע נאָענטע 
אייגענע מיט די באלעבאטים:--דעם באלעבאָס און דער באלעבאָסטע 


;* 108 


קימאט א שנור, און אלע איבעריקע אין שטוב --א זייער גלײַכן, מיט 
וועלכן מע קאָן זיך שוין ניט שאפן און מע דארף זי שוין אליין באדי- 
נען. -- מעשונע... מעשונע... 

זי האָט געװיינט פון אומגעריכטקײַט, װאָס דאָס האָט זי צוערשט נאָר 
געמאכט גלייבן, אז מע שפּאסט פון איר, און אויב ניט קיין שפּאס, איז 
װי--האָט זי געוויינט --װעט זי זיך מיט אזא, װי אלטער, גאָר קאָנען 
צונויפגיין; און אויב יאָ צונויפגיין -- װוי װעט זי זיך האלטן און וי װועט 
אף איר קוקן אזא, לעמאָשל, װי א קאטערוכע, װאָס האָט זי נישט איין 
מאָל, זי טרעפנדיק אין א פינצטער פאָרהײַזל, צו א וואנט צוגעשטופּט 
זיך געשפּילט מיט איר מײַסע-יונג-און-מויד גאָר אף א געוויסן אויפן.. 

זי איז גערעכט געווען, גנעסיע, װײַל אנדערש, װי מעשונע, קאָן מען 
גאַר אזוינס ניט אָנרופן, און אנדערש, וי אין אזא קאָפּ, אין אזא צע- 
דרייטן, װי איצט בא מוישע מאשבער, האָט בעשום-אויפן אזא פּלאן טאקע 
ניט געקאָנט אופקומען און געבוירן װוערן. אורטײילנדיק לויט אָט דעם 
פּלאן, האָט מען געקאָנט קומען צום באשלוס און גענייגט זײַן אפילע צו 
טראכטן, אז נישט אנדערש, סײַדן, אז אין מוישע מאשבער אליין איז אויך 
ערגעץ א שטיק אלטער, א שטיק מעשוגע פארשטעקט און באהאלטן גע- 
לעגן, װאָס אין גוטע צײַטן האָט מען דאָס ניט ארויסגעזען, און אצינד, 
אין דער געענגטער, האָט זיך דאָס אים ארויסבאוויזן. 

װײַל ווירקלעך: אפילע מוישע מאשבער אליין האָט, אויסער בא גי- 
טעלען זײַן װײַב און אויסער עפשער אויך בא לוין, בא קיינעם אין 
שטוב קיין האסקאָמע אף דעם ניט געקאָנט קריגן, און ער האָט זיך דערום 
וועגן דעם, אויסער מיט די צוויי אויבן דערמאָנטע, טאקע מיט קיינעם 
ניט געייצעט, ניט באראטן און קיינעם צו דעם איניען ניט צוגעצויגן 

און דער סאָף איז געווען, אז מיט קאלעס-צאד, מיט גנעסיען, איז מען 
אינגיכן אויסגעקומען. א טאָג איז אװעק און נאָך איינער, און גנעסיע 
האָט זיך איבערגעװויינט און, סאָפקאָלסאָף, אײַנגעשטימט. דערצו האָט, 
נאטירלעך, נישט אזויפיל מעשולעם דער שאדכן געטאָן, װײַל ער גנע- 
סיען -- פרעמד, און אזא, װי ער, ווען ער קומט אליין צו אזא מויד מיט 
אזא איניען, װאָלט ער לאנג, מעגלעך, באדארפט האָרעװען, און ס'איז גאָר 
א סאָפעק, צי זײַן האָרעוואניע װאָלט אים וועןדס'איזיניט-איז געהאָלפן און 
דערפאָלג געהאט. ניין, דערצו האָט דעריקער געהאָלפן די עלטערע דינסט, 
וועלכע איז מיט גנעסיען געווען אייגן און גענוג געטרײַשאפט און לאָשן 
געהאט מיט איר אײַנצוטײַנען, ווען זיי זײַנען געבליבן אליין, און אמאָל 
אפילע אף איר אָנצושרײַען: װאָס, מויד, דו ברעקלסט זיך נאָך! מיט 
װאָס נעמסטו זיך איבער? האָסט עפּעס מער פון אנדערע מיידן? ס'שטייט 
דיר ניט אָן? דערמאָן זיך, װוּהין דו קומסט דאָ ארײַן, אין װאָס פאר א 
שמאלץ-גרוב! האָסט זיך דאָס געקאָנט אמאָל פאָרשטעלן, אָדער אױסמאָלן? 
וויינסט? װאָס זשע, בעסער קאטערוכע, דער פירגילדנדיקער מעשאָרעס, 
װאָס שטעקט דיר די הענט אין בוזעם אומזיסט און טויטשעט זיך מיט דיר 
אין די פאָרהײַזלעך און בא דער קרענעצע אין דער פינצטער... װאָס זשע, 
קאטערוכע איז א שענערער טאכלעס? 


399 


אן אנדערשמאָל װאָלט די זעלבע עלטערע דינסט, מעגלעך, ווען מע 
פרעגט זי, גאָר אנדערע װוערטער געהאט, און אויך גאָר אן אנדער אָפּשא- 
צונג געפונען פאר אזא פאָרשלאָג, צו איינער א געזונטער, שיינער מויד 
פון איר דינסט-פאך, ווען מע װויל זי כאסענע מאכן און פארשלייערן פאר 
א רײַכן זאָקן אָדער אזוי פאר עפּעס א באלעבאטישן שלימאזל. זי װאָלט 
שוין גראָד ארויסגעפאָרן מיט אזא אנדער מין לאָשן; 

-- טינויפעס? בא זיי בלײַב עס... אזא גאָלד ---אין אזא מיסט-קאסטן?.. 
ניט דערלעבן!.. 

דאָס -- אן אנדערשמאָל. איצט אָבער איז זי, מיר ווייסן ניט פארװאָס, 
עפּעס אין שאדכאָנישן ראש ארײַן. און צי די מײַסע איז איר טאקע 
בעעמעס געפעלן, דה. צי מאכמעס טאקע אופריכטיקער געטרײַשאפט צו 
אן איר גלײַכן, א גנעסיען, װאָס זי האָט געמיינט איר טויווע: צי עפשער 
האָט דאָ אויך א מין שטיק נעקאָמע געשטעקט, צו זען, װי יעדער דינסט 
ווינטשט זיך, די באלעבאטים געצווּנגען אָנקומען צו דער קיך און זיך 
אראָפּלאָזן פון אזא הייך צו א פּאָשעטער דינסט-מויד זיך צו בעטן. װי די 
מײַסע זאָל ניט זײַן, נאָר די עלטערע האָט נאָך א קורצן און לאנגן אײַנ- 
טײַנען פריער אליין מיט גנעסיען, דערנאָך צוזאמען מיט מעשולעם דעם 
שאדכן, װאָס ער האָט זיך ניט געפוילט און די לעצטע טעג אָפטע ויזיטן 
אין קיך אָפּגעשטעקט, -- נאָך קורצן און לאנגן אײַנטײַנען און וויינען, האָט 
מען לעסאָף בא גנעסיען געפּױעלט, זי האָט אײַנגעשטימט און דאָס װאָרט 
געגעבן. 

פון דעמלט אָן האָט גנעסיע שוין יעדעס מאָל, ווען אלטער האָט זיך פון 
אייבערשטיבל אראָפּגעלאָזט און באדארפט דורכגיין די קיך, זיך אין א 
זײַט אָפּגערוקט, זיך גערויטלט און לײַטיש זיך פארן קאָפטל אָדער פאר 
די האָר געכאפּט -- דאָס קאָפטל צו פארשפּיליען און די האָר אין אָרדענונג 
צו ברענגען. 

פון דעמלט אָן האָט זיך שוין גנעסיע געפילט, װוי מיט איין פוס פון 
קיך אין שטוב אריבערגעשפּאנט, װי אי עפּעס אויס דינסט, אי נאָך ניט 
פון דער קיך אָפּגעריסן. כאָטש אין קיך איז זי שוין נישט געשלאָפן, כאָטש 
איר געלעגער האָט מען שוין אוועקגעשטעלט אין א זײַטיקן צימער, אָבער 
אזויווי קיינער פון די אייגענע, אויסער גיטעלען, האָט נאָך פון דער 
ענדערונג נישט געװוּסט, מאכמעס קיינער האָט נישט באמערקט אפילע 
נישט דעם ערשטן באזוך פון מעשולעם דעם שאדכן און נישט אויך די 
איבעריקע זײַנע באזוכן די לעצטע טעג, -- האָט נאָך דערום גנעסיע, אפילע 
שוין נאָך איר האסקאָמע-געבן, זיך נאָך מײַסע-דינסט געפירט, ביז די זאך 
וועט אינגאנצן קלאָר װערן... און דערװײַל האָט זי זיך בא אלטערס פאר- 
בײַגײן זיך נאָר גערויטלט, און אף איר נײַ געלעגער, װאָס איז איר נישט 
אין קיך געשטעלט, האָט זי זיך אלעמאָל ערעוו-אײַנשלאָפן די לעצטע טעג 
צופיל געדרייט: אי פון נישט געווינט זײַן אליין צום געלעגער, אי פון 
די נײַע מאכשאָװועס, װאָס האָבן זי באהערשט... 

אלנפאלס איז מען מיט גנעסיען שוין געקומען צו א ברעג, און װאָס 
געהער אלטערן, איז דאָס שוין נישט פאר קיין שאדכן-האנט געוװוען, בע- 


28--9 400 


כאָל-אויפן נישט פאר אזא, וי פאר א מעשולעמען, און דאָס האָט אף זיך, 
װי געזאָגט, גענומען אליין מוישע מאשבער, און דאָס האָט ער אין די 
נאַענטסטע טעג, אין איינעם אן אָװנט, טאקע אויסגעפירט. 


:- + + 


אין יענעם אָװנט האָט אלטער, זיך געפינענדיק בא זיך אין צימער, 
עפּעס שטארק אומרויַק אומגעשפּאנט. עפּעס האָבן אים די בלוטן שטארק 
געקאָכט און אין קאָפּ ארופגעשלאָגן, די שלייפן זײַנען אים געווען צו ענג 
זיי אײַנצוהאלטן, און דער קאָפּ האָט אים, וי אונטער שטארקע רייפן, 
געטרישטשעט. 

ער האָט זיך געפּרוּװוט, וי זײַן געוווינשאפט פאר דער לעצטער צײַט, 
אין א וואנט מיטן רוקן אָנשפּארן און מיט געבויגענע קני זיך אף דער 
ערד אראָפּלאָזן. דאָס האָט אים אָבער ניט פארלײַכטערט, נאָר, פארקערט, 
אים פון אָרט אופגעריסן נאָך שטארקער און מיט מער אומרו, װוי איידער 
ער האָט זיך אף די קני אראָפּגעלאָזט. 

ער האָט אויסגעזען, װי א כײַע אין א שטײַג, ווען נאָך לאנגן, אומ- 
רויִקן הין-און-הער זיך אומדרייען, לייגט זי זיך דערנאָך אוועק אן אויס- 
געשעפּטע און רויגארנדיקע, אָבער באלד טוט זי זיך וידער, וי אן 
אָפּנעבריטע און װי פון עפּעס א וילדער דערמאָנונג, פון אָרט א הײיב, 
און נעמט נאָכאמאָל, װוידער און נאָך מיט מער אימפּעט זיך אומדרייען 

עפּעס איז הײַנט מיט אלטערן געשען: אָדער ס'האָט אן איבערבלײַב 
פון אמאָל אין אים געברויעט, פון דעמלט, ווען זײַן געוויסע קרענק האָט 
אים אָפט געצװוּנגען הויך אף א קאָל ארויס און זײַן ווייטעק אויסצו- 
שרײַען; אָדער עפשער איז דאָס פון זײַן נײַיאים-צוגעקומענעם -- פון דעם 
פאלנדיקן, װאָס האָט, פארקערט, װי דאָקטוירים האָבן געזאָגט, אים אויס- 
געלייזט פון זײַן קרענק, אָבער װאָס פון צײַט צו צײַט האָט דאָס אים 
געמוזט באפאלן און אים שלאָגנדיק טרעפן; אזוי, אז הײַנט איז בא אים 
געווען ערעוויפאלנדיקן, מעגלעך... 

מע האָט געזען: װי א שווערע, ביטערע לאסט װאָלט אים באלאגערט, 
פון וועלכער ער קאָן ניט אָפּעטעמען, גלײַך עמעצער װאָלט אים באם 
גאָרגל געהאלטן, און אלטער האָט, קעדיי זיך אָפּבלאָזן, דעם קאָלנער 
פונעם העמד און אלע פארשפּיליעטע קלידער אופגעשפּיליעט. װוען מע 
װאָלט אף אים דעמלט א קוק געטאָן, װאָלט מען געזען, אז זײַן בליק איז 
איִם װוי פארלוירן, און מאכמעס זײַן טיף-ברויענדיקן אומרו איז ער הוילע 
געהער, צוהערנדיק זיך צו זיך אליין, וי צו זײַנע אייגענע אינגעװויידן, 
פון וועלכע ער ווארט אף א טרעפעניש, װאָס דארף זיך אים פון דאָרט 
ארויסבאװײַזן אָדער באלד, טייקעף, אָדער אין א פּאַר שאָ ארום שפּעטער. 

פון גרויס אומרו און נישט וויסן װאָס צו טאָן מיט זיך, האָט אלטער 
זיך געװאָלט ווענדן צום פּאפּיר און צו זײַן אמאָליקן בריװוישרײַבן, און 
אזויערנאָך אויסצולאָדן דאָס, װאָס האָט ארויסגעשפּארט פון אים, ביז אים 
אופּצורײַסן. ער האָט געטראכט צו דערציילן פון דעם, װאָס ברויזט אין 


201 


אים, איבעריקס -- פון יענע זײַנע גלוסטונגען, װאָס געפינען אין אים קיין 
אויסגאנג ניט, און װאָס ער גייט מיט זיי ארום באטאָג געשלאָסן, נישט 
האָבנדיק אפילע אף וועמען די אויגן אָנצושטעלן, און באנאכט דרייט ער 
זיך מיט זיי ארום צװוישן די דינסט-בעטלעך, װוּ מער קיין האנאָע, וי נאָר 
אף א לײַכטן אָנרירן זיך אין דעם, װאָס אים איז ליב, קאָן ער גאָרנישט 
האָפן, און װאָס אפילע אָט דאָס לײַכטע אָנרירן זיך איז אים אויך די לעצטע 
צײַט גערויבט געװאָרן, מאכמעס איינס א בעטל, ארום וועלכן ער פלעג 
זיך די לעצטע צײַט ארומדרייען, האָט פּלוצעם דאָרט גענומען אויספעלן -- 
דאָס בעטל איז ניט געבליבן. דאָס איז איינס. דאָס צווייטע --די פאָרקו- 
מענישן אין שטוב, ארום וועלכע ער גײט ארום, װי א בלינדער ארום 
ווענט, און װאָס צו אים, אין זײַן אייבערשטיבל, דערגרייכן זיי ארוף 
איבערגעבראָכענע און שטיקלעך --- אָדער אין דער פאָרם פון א קינדער- 
שער בעבערײַ, װי פון א מייערלען, אָדער אין דער פאָרם, װי גיטעלע 
האָט זיי אים ארופדערלאנגט, נישט רעכענענדיק זיך מיט אים, װוי מיט א 
גוילעם: אָפּגעזאָגט און אוועקגעגאנגען, אים איבערלאָזנדיק אן אומאָנטײל- 
נעמענדיקן און וי קיין מיינונגינישט-האָבנדיק קינד, 

-- צאָרעס, וי ראָבן, האָבן אים ארומגערינגלט, -- האָט זיך אים גע- 
דאכט, אז ער דערציילט, אין זײַן בריוו שרײַבנדיק, -- זיי דערקלײַבן זיך 
צו זײַנע אויגן, צו זײַן לײַב און נעמען אים פּיקן און פון אים שטיקלעך 
רײַסן. 

-- וויי צו אים, -- האָט ער א פארצווייפלטער אין דעם געדאכטן בריוו 
אויסגעשריגן, -- דאָס שטרויעלע, פאר וועלכן ער האָט זיך אָנגעכאפּט, זיך 
טרינקענדיק, און דורך וועלכן ס'האָט אים געדאכט, אז ער האָט זיך צו א 
שטיקל ברעג צוגעשלאָגן, האָט אים אָפּגענארט: ס'קיין שטרוי און קיין 
ברעג, און ער איז װידער באָדנלאָז און פארלוירן. ער שטייט אינמיטן 
שטוב, און ס'דאכט אים, אז ער זיצט גאָר; ער קוקט אפן לאָמפּ און זעט 
נישט די שײַן... און זײַן אָפּנעזונדערטקײַט און קרענק קומען אים ווידער 
אונטערן הארצן, און װי איינער, װאָס שטעקט אין זומפּ איבערן האלדז, 
האָט אויך ער שוין נישט מער, וי נאָר די הענט ארוף אופצוהייבן און 
בעטן הילף באם הימל, אָדער בא וועמען-ניט-איז, װער נאָר ס'טוט די 
הענט פון זומפּ זיך ארויסשטעקן דערזען. ער זינקט, ער פילט, אז גאָר 
אינגיכן דארף מיט אים עפּעס טרעפן --אָדער הײַנט, אָדער מאָרגן, אָדער 
באלד, אָדער שפּעטער --א זאך, װאָס האָט אים שוין לאנג געהאט אָפּגע- 
לאָזט, און װאָס קלײַבט זיך, מעגלעך, אים וידער אין א נײַער, א נאָך 
מער פינצטערער און קעלערדיקער לאגע ארײנווארפן, 

-- אוי לי ואוי לנפשי! -- האָט ער װײַטער אין געדאכט שרײַבן פאָר- 
געזעצט, -- ס'דאכט אים די לעצטע צײַט אָפט, אז די גאנצע שטוב איז פון 
עפּעס א װאָלקן ארומגענומען, וועלכער דרינגט ארײַן דורך אלע טירן, 
פענצטער און שפּארונעס -- צו אלעמען אין שטוב אין הארצן, און צו אים, 
צו אלטערן, אין מויעך, און דער װאָלקן װערט אים װאָס אמאָל געדיכטער, 


? וויי איז צו מיר און וויי איז צו מײַן זעל, 


4209 


געדיכטער, װאָס אמאָל פינצטערער און פינצטערער, און פון ערגעץ זעט 
ער שוין קיין שײַן נישט, סײַדן נאָר צוויי צאנקענדיקע ליכט װײַזן זיך 
אים אמאָל פונדערװײַטנס. און דאָס זײַנען זײַנע ברידער, וועלכע זײַנען 
איִם נאָר דער איינציקער אָנהאלט געבליבן, און פאר וועלכע ער װאָלט 
זיך נאָך געקאָנט, װי אין א שטיק טרייסט, אָנכאפּן -- לוזי און מוישע, איז 
אָבער איינער, לוזי, ניטאָ, און אויך דער צווייטער, מוישע, גליטשט זיך 
אים ארויס און דערװײַטערט זיך אים װאָס אמאָל מער. 

בא אלטערן האָט זיך שוין דעמלט, שטייענדיק אינמיטן שטוב און 
אויסלייגנדיק זײַנע קרענקלעכע געדאנקען, שוין שטארק אין מויעך גע- 
פּלאַנטערט. ער האָט טאקע בעעמעס קיין אָנהאלט ניט געהאט, און ס'האָט 
איִם געדאכט, אז צװוישן הימל און ערד הענגט ער -- מיטן קאָפּ אראָפּ און 
מיט די פיס ארוף, און די גאנצע שטוב, און אלע זאכן פון שטוב האָבן 
אים אויסגעזען איבערגעקערטע: דער טיש מיטן לאָמפּ פון אויבן, און די 
סטעליע פון אונטן -- און באלד װאָלט זיך אים אויך זײַן קאָפּ איבערגע- 
קערט, און ער װאָלט אין אן איבערגעקערטער שטוב מיטאמאָל א פאל 
געטאָן, װוּ ס'װואָלט זיך אים איצט ניט געמאכט, צי אפן פּאָל, צי אף דער 
סטעליע, אלציינס װוּ געפאלן... 

יאָ, ס'איז אים שוין װייניק דערצו אָפּגעגאנגען. נאָר אין דער מינוט, 
ווען דאָס האָט געזאָלט געשען, האָט זיך פּלוצעם די טיר געעפנט, און אף 
איר שװועל האָט זיך באוויזן זײַן ברודער מוישע. 

אלטערן האָט זיך לעכאטכילע געדאכט, אז ס'איז אן אױסװײַזעניש, 
איינס פון די, וועלכע זײַנען אים נאָרװאָס אין זײַן מויעך דורכגעלאָפן. 
ער האָט זיך די אויגן א װיש געטאָן, קעדיי זיך איבערצײַגן, צי זעט ער 
דאָס אף דער װאָר. נאָר באלד, װי די ערשטע אומגעריכטקײַט און איבע- 
ראשונג איז אים אריבער און ער האָט פונעם ברודער דעם ,גוט-אָוונט" 
דערהערט, אזוי האָט ער זיך פון טרוים און צעמישטקײַט אומגעקערט, ער 
האָט אונטער די פיס עטװאָס מער באָדן געקראָגן, אין מויעך מער קלאָר- 
קײַט, און ער האָט זיך פון זײַן אָרט א כאפּ געטאָן און דעם ברודער װי 
אנטקעגן געלאָפן. 

מוישע מאשבער האָט געזען, אז ער האָט איצט אלטערן געטראָפן אין 
גרויס פארלױרנקײַט און אין אזא שטאנד, וען יעדע אומגעריכטקײַט 
ווירקט אפן געטראָפענעם פּלעטנדיק. מוישע מאשבער איז דערום נישט 
באלד ארויס מיט זײַן איניען, צוליב וועלכן ער האָט זיך ארײַנגעשטעלט. 
ער האָט א װײַלע, באלד נאָכן צוזעצן זיך און פארנעמען פּלאץ באם טיש, 
וועגן עפּעס אנדערש, וועגן זײַטיקס מיט אלטערן א שמועס פארפירט, און 
דערנאָך, אז ער האָט אף אלטערן א געוויסע בארויקונג באמערקט, אז ער 
האָט באמערקט, אז יענער איז שוין פיייק זײַן געהער צו מער ערנסטערס 
צו נייגן, איז ער פּאמעלעך-פּאמעלעך שוין צו זײַן אייגנטלעכן איניען 
צוגעטראָטן.. 

-- ער ווייסט, אלטער, צו װאָס ער, מוישע, איז צו אים איצט געקו- 
מען? ער איז מיט אים געקומען זיך דורכריידן מיקויעך דעם, װאָס אלטער, 
אויב ער געדענקט, האָט אים א שטיקל צײַט דערפריער געבעטן דאָס אין 


203 


זינען האָבן... ער, מוֹישׂע, האָט די גאנצע צײַט געטראכט דערפון, אָבער 
אזויווי ער איז איצט שטארק אין די געשעפטן פארדרייט און, װי אלטער 
ווייסט, איז מען אויך פול אנגסט פון נעכאמקעס קרענק, האָט ער דערום 
דאָס געמוזט אָפּלײגן אף ביז איצט. און איצט איז אזוי: 

-- ער האָט לאנג געקלערט, מוישע, ער האָט זיך אָנגעפרעגט, און איצט 
האָט ער פאר אים געפונען דאָס, װאָס ס'דאכט זיך, אים באשערט. 


פאר מוישע מאשבער איז, צוטרעטנדיק דעם איניען אויסצולייגן, א 
שווערע, זייער א שװוערע אופגאבע געשטאנען, נעמלעך: ויאזוי רעכט 
מאכן פאר אלטערן, אים צו פארשטיין געבן און דערנעענטערן אים צום 
סייכל, אז דאָס, װאָס מע לייגט אים איצט פאָר, איז כאָטש אפן ערשטן 
קוק נישט גלײַך, נישט פאר אים, און ווען יענער איז אין אן אנדער 
שטאנד, װאָלט דאָס קיינמאָל קיינעם ניט געקומען אפן זינען אים פאָרצו- 
לייגן; אָבער איצט איז איין בריירע, איצט איז קיין אנדער אויסוועג נישט 
מעגלעך, און יענער, אלטער, דארף מיט דעם שאָלעם מאכן, אזוי װוי אליין 
מוישע, אזוי װוי אלע פון די אייגענע, וועמען ער האָט דערציילט דערפון, 
זײַנען דערוף אײַנגעגאנגען און מיט דעם אײַנגעשטימט. 

מוישע האָט געזאָגט: 

-- ס'אן אָרנטלעכע, ייִדישע טאָכטער. מ'האָט זיך אף איר נאָכגע- 
פרעגט... אייגנטלעך, האָט מען זיך פארשפּאָרט נאָכפרעגן, װײַל מע קען זי. 
זי איז א שטוב-מענטש, קימאט אן אייגענע, זי ארבעט שוין זײַט עטלעכע 
יאָרן בא אונדז טאקע... עמעס, ס'איז א ביסל פונעם נידעריקן גראד, אָבער 
אלטער וייסט דאָך און געדענקט, נחות דרגא: איז גאָרנישט אזא פּסול, 
אז פארקערט, אז ס'איז אפילע אָנגעזאָגט און געבאָטן, מ'זאָל זיך אראָפּ- 
לאָזן בא א װײַב נעמען צו א נחות דרגא. 

-- און דעריקער, -- האָט דאָ מוישע צוגעגעבן, --איז דאָך פאָרט, אז 
דאָס קערן איז א קערן, דער מענטש --א מענטש, און אן אזא, וי זי, 
אז זי װעט אָנקומען אין אזא שטוב, װי זײַנע, צװישן אלע קינדער און 
אייגענע, װעט מען אוואדע זען פון איר א לײַט מאכן.. אייגנטלעך, פאר- 
שפּאָרט מען גאָר מאכן. װײַל לוט אלע סימאָנים, איז זי אזוי אויך זייער 
לײַטיש. 

-- דערצו ווידער, -- האָט מוישע װײַטער פאָרזיכטיק געזאָגט, --- מוז 
ער אים, אלטערן, זאָגן, אז, װי אלטער אליין ווייסט און פארשטייט, איז 
אזא, װי ער, נישט פאר שאדכאָנים און נישט פאר קיינעם, מיט וועמען מע 
װאָלט אים גערעדט, קיין איבעריקער געהויבענער צאד נישט.. װײַל װי 
גרויס ס'זאָל ניט זײַן זײַן ייִכעס, װי פײַן ער, אלטער אליין, זאָל נישט 
זײַן, אָבער זײַן קרענק איז דאָך אלעמען באװוסט, און נישט יעדערער-- 
סײַדן נאָר פון אן אָרעמען גראד -- װעט זיך דאָך אף אזא, װי ער, נישט 
קוואפּען און מיט אים זײַן גוירל נישט װעלן בינדן. אזוי, אז אויב ניט די, 
אויב ניט יענע, װאָס מוישע לייגט אים דאָ איצט פאָר, װאָלט מען סײַווי, 


?1 א נידעריקער גראד. 


204 


סאָפּקאָלסאָף, געמוזט באשטיין אף אן ענלעכער, וי זי, װײַל קיין בעסערס 
װאָלט זיך ניט געפונען און אף מער פּאסיקערס זײַנען קיין אויסזיכטן ניטאָ. 

-- און נאָך, -- האָט דאָ מוישע צונעגעבן און דערבײַ שוין א ביסל 
שטילער און װי א סאָד אײַנראמענדיק, --- זאָל ער וויסן, אלטער, אז ער, 
מוישע אליין, איז איצט אזוי געענגט און אזוי געשעפטלעך אראָפּגענידערט, 
אז ווען אפילע סזאָל יאָ מעגלעך זײַן א מער פּאסיקס, און ווען דער 
צווייטער צאד װאָלט געװאָלט, װי ס'טוט זיך אין אזוינע פאלן, זיך 
באװאָרענען, דה., אז וויבאלד יענער גייט פאר דעם, װאָס ער ויל ניט 
איבעריקס, זאָל מען אים דערפאר א גרויסן נאדן און גרויס אױסשטײַער 
סילעקן, -- איז ווען דאָס זאָל אפילע מעגלעך זײַן, איז ער, מוישע, איצט 
ניט אימשטאנד אף אזוינע פאָדערונגען אײַנצוגײין און אזוינס אָנצונעמען; 
װײַל, װי געזאָגט, איז ער איצט לאכלוטן ניט ביעכוילעס: בא זײַן בעסטן 
ווילן איז דאָס פאר אים אױיסגעשלאָסן, און ער האָפט נאָר, אז שפּעטער, 
אז גאָט װעט העלפ, אז ער וװעט זיך איבערדרייען, װעט ער ערשט 
דעמלט זען איַם, אלטערן, מיט זײַן קומענדיקן װײַב באװאָרענען.. און 
װײַטער, -- האָט ער געזאָגט, --איז מיט דער זאך דארף מען ניט זאמען, 
װײַל אים, מוישען, איז גענוג דאָס, װאָס אלטער אליין האָט אים געזאָגט. 
הײַנט אויך דאָס, װאָס ער פארשטייט פון זיך. אזוי, אז מע דארף ניט 
אָפּלײגן, און מע מוז זיך װאָס גיכער באשליסן, און ער האָפט, מוישע, 
אז אויב אלטער ועט זײַן װאָרט אוֹן האסקאָמע געבן, װעט מען קאָנען 
גאָר אינגיכן די כאסענע פּראווען קעהאלאָכאָ:, װי דער דין און מינהעג 
פאָדערט, װײַל מיטן צווייטן צאד, מיט איר. איז שוין אָפּגערעדט: זי אין 
באשטאנען און פון איר זײַט איז קיין מעניע. 

-- אויך אלע אייגענע, -- האָט מוישע געזאָגט, --זײַנען מאסקים. ער 
האָט אויך מיט לוזין וועגן דעם גערעדט, און אויך אים איז דער געדאנק 
געפעלן. 

-- לוזי?! -- האָט אלטער, דאָס אלץ אויסהערנדיק, נאָר באם לעצטן 
מוישעס װאָרט זיך אָנגעכאפּט און האלב װוי אויסגעשריגן, האלב נאָר פאר- 
װוּנדערט א פרעג געטאָן. 

-- לוזי? -- האָט אלטער נאָכאמאָל א פרעג געגעבן, גלײַך ער האָט אין 
זײַן נעפּליפארמישטן און פינצטערן מויעך א װײַט ליכטל דערזען, האָט 
זיך דערפאר געדאנקלעך פארהאלטן, װי װעלנדיק דאָס מיט דער האנט 
דערלאנגען. ּׂ 

פון אלע מוישעס ריד איז אים איצט קלאָר געװאָרן -- ערשטנס, אז 
מע רעדט אים דאָ א שידעך: צווייטנס, אז מע רעדט אים מיט דער, װאָס 
איר נאָמען האָט מען דאַָ ניט אָנגערופן, נאָר װאָס ער וייסט אים גוט 
אליין, מאכמעס ארום איר האָט ער זיך דאָך אזוי אָפט אין די באנאכטן 
ארומגעדרייט; דריטנס, אז קיין אנדערע אים ריידן איז מען איצט, סי 
איבער אים אליין, סײַ איבער אנדערע סיבעס, ניט אימשטאנד; פערטנס, 
אז זי איז שוין באשטאנען, און אז איצט פאָדערט זיך פון אים, אז אויך 


: וי עס דארף צו זײַן. 


ער זאָל זײַן האסקאָמע געבן; און צום לעצטן: אז אלע ווייסן שוין דערפון 
און זײַנען מאסקים, אויך לוזי, װאָס, ס'װוײַזט אויס, איז ער ערגעץ אין 
שטאָט דאָ א גאסט, אָדער א טוישעוו, און ער, אלטער, האָט ביז אהער 
ניט געװוּסט דערפון; און אָט דאָס אלץ האָט זיך אים איצט צוזאמענגע- 
מישט, און אף דער פראגע: צי איז ער יאָ, צי ניט מאסקים אף דעם, װאָס 
איז אים דאָ נאָרװאָס אויסגעלייגט געװאָרן, האָט ער מער נישט אין דער 
ערשטער מינוט געהאט צו זאָגן, װי נאָר זיך צו פארװוּנדערן און באם 
ערשטן אומשולדיקן װאָרט זיך פארטשעפּען און דעם אנטקעגן מיט א 
פראגע ארויסקומען: 

-- הא, לוזי?! 

מוישע האָט זײַן שטאנד פארשטאנען. ער האָט זײַן איצטיקע פארלוירנ- 
קײַט און אָן-לאַשן פארטײַטשט דערמיט, װאָס אלטערן איז איצט אזוינס 
פארגעבן געװאָרן, װאָס וועגן דעם צו ריידן איז שװער אפילע פאר א 
געזונטן, ביפראט פאר אזא, װי אלטער, בא וועלכן מע דארף אזוי גיך, אף 
דער הייסער מינוט, ניט פאָדערן קיין ענטפער, און בעסער איז אים 
א קליין שטיקל צײַט לאָזן צורו, ער זאָל אליין די לאגע און דעם , פאר" 
און ,קעגן? אין רו באטראכטן. מוישע האָט דערום טאקע אזוי געטאָן 

-- באטראכט זיך, אלטער, -- האָט ער געזאָגט, -- באקלער זיך. ס'האָט 
צײַט, און אין די נאָענטסטע טעג װעל איך צו דיר נאָך טשוּווע ארופקומען, 

ווען מוישע װאָלט דעמלט אף אלטערן א מער פארשטייענדיקן און מער 
דורכדרינגלעכן בליק געטאָן, װאָלט ער, מעגלעך, אזוי גיך פון זײַן אָרט 
זיך ניט אופגעהויבן, אזוי גיך זײַן צימער ניט געװען פארלאָזט, װײַל 
אזא, װי אלטערן, אין אזא שטאנד, אין וועלכן ער האָט זיך איצט געפונען, 
איז קלאָר געווען צו זען, אז ניט נאָר די נײַס, װאָס מע האָט אים דאָ 
נאָרװאָס ארופגעבראכט, האָט אֹף אים אזוי צעדרייענדיק געװירקט, נאָר 
אז די נײַס איז שוין אף א פּריִער צעדרייטן באָדן געפאלן, אף אן אומ- 
רויַקיקרענקלעכן, און געװוירקט האָט זי, װי פעטס אף צעגליטן אײַזן 

אלטער האָט ניט באוויזן מיט קיין איין װאָרט מיקויעך דעם עצעם 
איניען ארויסצוקומען, מאכמעס, װי מוישע האָט ריכטיק פארשטאנען, איז 
דער איניען ניט אזא, וועגן וועלכן ס'זאָל זיך לאָזן, גלײַך נאָכן פאָרשלאָג, 
אף אים ענטפערן; און ווידער מאכמעס דעם, װאָס מוישע האָט שוין ניט 
פארשטאנען -- דערפאר, װאָס אלטער האָט אזויפיל אין קאָפּ געהאט, נאָך 
איידער מוישע איז צו אים ארופגעקומען, אוביפראט איצט, ווען ס'איז אים 
איבערגעגעבן געװאָרן צו לייזן אזא זאך, צו וועלכער ס'פאָדערט זיך בא- 
זונדערס קלאַרקײַט און גרויס ייִשעוויהאדאס, וועלכע אלטער האָט, אין 
איצטיקן מאָמענט, ניט געהאט קיין סימען דערפון. 

אינדערעמעסן אָבער איז אלטער שוין באשטאנען. אינדערעמעסן האָט 
ער גאָרנישט געהאט איבערצוקלערן, און זײַן ענטפער איז שוין פון פאָרויס 
באשטימט געװוען --אף יאָ און אף האסקאָמע. װײַל דאָס האָט ער דאָך 
אליין אויך גוט געװוּסט, אז קיין איבעריק געװונטשענער פאר שאדכאָנים 
און פאר א העכערן גראד שידוכים, וי דער, װאָס מע האָט אים דאָ נאָר- 
װאָס פאָרגעלייגט, איז ער ניט, און אז ברעקלען זיך אין זײַן שטאנד אין 


206 


ניט שײַעך: װי אויך דאָס האָט ער געװוּסט, אז ווען ער זאָל זיך יאָ ברעק- 
לען, װאָלט אים איצט סײַװי ניט געהאָלפן, מאכמעס אלע לאגעס זײַנען 
איצט קעגן -- די שטוב-לאגע, וועגן וועלכער ער האָט פריַער דורך מייער- 
לען, דערנאָך דורך גיטעלען, און איצט פון מוישען אליין זיך דערװוּסט, 
און װי ער האָט פארשטאנען, האָט דאָס, אָט די לאגע, אלעמען געצװוּנגען 
די זאך אָנצונעמען און אף איר באשטיין, אפילע אזא, װוי מוישע אליין, 
װאָס אן אנדערשמאָל, אין אנדערע צײַטן, װאָלט ער אליין פארינטערעסירט 
געווען דאָס ניט דערלאָזן צו שטאנד קומען. 

אוואדע איז ער באשטאנען, אלטער. און דאָ האָבן אים נאָך צו אלע 
צעטומלונגען פון הײַנטיקן אָװנט, נאָך די געוויסע פאָרשטעלונגען אין קאָפּ 
א שלאָג געטאָן, יענע, וועלכע האָבן אים די לעצטע צײַט געמאכט באנאכט 
אין קיך אומוואנדלען און זוכן דאָרט כאָטש א מינדסט פון דעם, װאָס 
ס'װאָלט אים געקאָנט זײַנע לײַדנשאפטן לעשן, אָבער װאָס אינדערעמעסן 
האָבן זיי אים נאָך מער צעפלאקערט. 

מוישע איז ארויס, און אלטער האָט אפילע זײַן ,גוטע-נאכט? זאָגן 
ניט געהערט, װײַל אין די געבליטן האָבן אים שוין קלעזמער געשפּילט.. 
און וויפל אזא, װי אלטער, אזא אויסגעהונגערטער, האָט בא דעם געדאנק 
פון כאסענע האָבן געקאָנט לאָזן זײַן פאנטאזיע זיך צעשפּילן און זיך 
אויסמאָלן דאָס, װאָס אזא הונגעריקער רײַסט זיך צו דעם, וי פון צוואג- 
גען, -- אזויפיל האָט זיך אלטער טאקע געמאָלט און זיך פאָרגעשטעלט, 
און א האָר, און נאָר א קליין ביסל איז אָפּגעגאנגען, אז פון גרויס איבע- 
ראשונג און איבערפלוס פון געבליטן זאָל ער באלד ניט א סידער עפענען, 
וי אין אן ערעווישאבעס, און זיך פּלוצעם אין א מיטנװאָכעדיקן אפדער- 
נאכט זיך נעמען זאָגן א מין לויב-געזאנג, א מין געזאנג פון אלע געזאנגען 
צו זײַנע בלוטן, װאָס שפּארן פון אים און שטעלן אים פאָר א בעט שוין 
נישט אין קיך געבעט, ארום וועלכן ער פארשפּאָרט זיך שוין צו גאנווענען 
און זוכן ביגנייווע קליינע, פארבאָטענע פארגעניגנס, נאָר שוין א בעט, 
װי בא דעם מיילעך שלוימע, בא דעם געליבטן פונעם געזאנג פון אלע 
געזאנגען, אף וועלכן זײַן געליבטע ווארט אף אים אף צו ליבן אים אן 
אוסגעטאָן-גרייטע.., 

און דאָ האָט זיך אלטערן שוין גאָר דער קאָפּ פארדרייט. ער וייסט 
ניט, צי דער לאָמפּ האָט זיך אים מיטאמאָל אויסגעלאָשן, צי, פארקערט, 
ער האָט זיך אים מיטאמאָל מעשונע צעפלאקערט, און דאכט זיך, די גאנצע 
שטוב ארום האָט פון אים גענומען ברענען. ער וייסט ניט, צי איז ער 
געבליבן אפן אָרט, װוּ דער ברודער האָט אים, בייסן אוועקגיין, איבערגע- 
לאָזט --א שטייענדיקן, אָדער א זיצנדיקן, -- צי ער האָט זיך פון זײַן אָרט 
גערירט און ער האָט גאָר אין שטוב אינדערלופטן גענומען אומפליען און 
די שטוב איז אים געווען ענג, די ווענט האָבן זיך צענומען, און ער איז א 
פּליענדיקער אין דרויסן ארויס אף זיך אָפּקילן און אונטער די װאָלקנס 
הויך צו שוועבן. ער ווייסט ניט... ער וייסט נאָר, אז נאָך עפּעס, דאכט 
זיך, ווילדער מוזיק, װאָס האָט אים מיטאמאָל, װוי פון טויזנטער קיילים אין 
קאָפּ און אין מויעך א ריפּע געטאָן און װאָס צוזאמען דערמיט איז אים 


407 


עפּעס מיטאמאָל אי שטארק ליכטיק, אי שטארק פינצטער געװאָרן, -- האָט 
ער, דאכט זיך, אף דער ערד, װי פון א שטארק הויך אָרט א פּראל געטאָן 
און, װי געליימט און געבונדן א שטיק צײַט, װי א גוילעם, ליגן געבליבן. 

די עלטערע דינסט אין קיך מעג שװוערן, אז יענעם אפדערנאכט האָט 
זי, פארן שלאָפן, איבערן קאָפּ בא זיך אין אלטערס אייבערשטיבל עפּעס 
אלטערן זיך צופיל און צו האסטיק דרייען געהערט.. זי האָט דאָס פאר 
קיינעם ניט געהאט צו זאָגן, װײַל די ייַנגערע, גנעסיע, איז, װי באװוּסט, 
די לעצטע טעג שוין נישט מער מיט איר אין קיך, נאָר ערגעץ אין אן 
אנדער צימער געשלאָפן. האָט זי זיך אליין צוגעהערט, און דערנאָך האָט 
זי מיטאמאָל איבער איר קאָפּ, אין דער סטעליע, װאָס איז אלטערס פּאַל 
געווען, א שטארקן קלאפ געהערט, װי װען מע וארפט עפּעס אום א 
שווערע זאך --א טיש צי א באנק, --זי האָט אליין ניט געװוּסט װאָס. און 
אזויווי נאָכן פאל איז באלד שוין דאָרט אויבן שטארק שטיל געװאָרן, איז 
זי דערום גלײַך אײַנגעשלאָפן, א נישט וויסנדיקע. 

דאָס איז געווען דער צווייטער פאל אלטערס נאָך יענעם ערשטן, װאָס 
ס'האָט מיט אים בא זײַן ברודער מוישע אין עסישטוב פאר אלעמען אין 
די אויגן געטראָפן. דאָס מאָל איז דאָס געשען אָן איידעס און אָן קיינעם. 
און אזוי װי ער איז איצט אליין אנידערגעפאלן, אזוי אליין האָט ער זיך 
דערנאָך אופגעהויבן, אופגעשטעלט, אויסערלעך מיט קיינע סימאָנים ניט 
פונעם פאל, אָבער אינערלעך שטארק מיד און װי אלע ביינער װאָלטן 
אים געווען צעקלאפּט און איבערגעבראָכן. 


סאָף ערשטער טײל 


,יי 


2 
אי 


8 





צווייטער טי 


: 





0 


גי 





ן 
דעמלט האָט געטראָפן 


1 


יר ווייסן ניט, צי מיכל בוקיִער האָט זיך 
ניט אװעקגעלאָזט אהין, װוּהין ער האָט 
פארטראכט --אזש אין דער װײַטער לי- 
טע, צו די דעסעװוער, -- דערפאר, װײַל 
ער האָט פּאָשעט קיין הױצאָעס ניט גע- 
האט, צי עפשער גאָר דערפאר, װײַל 
אזויווי ער האָט געקאָנט געפינען דאָס, 
װאָס ער האָט געדארפט, דאָ הי, אין 
דער אייגענער שטאָט, איז צו װאָס מאכן 
רײַזעס און זיך אויסברענגען? 

אזוי צי אזוי, נאָר א פאקט איז, אז 
אין איינעם א טאָג האָט מיכל בוקיער 
ארײַנגעטראָפן צום גרונטלייגער פונעם 
היײישטאָטישן אפּיקאָרסים-קרײַז, צו יאָ- 
סעלע בריליאנט, אָדער װי מ'האָט אים שפּעטער א נאָמען געגעבן-- 
,יאָסעלע מאגייפע?. 

ס'איז אים אָנגעקומען גאנץ שווערלעך, ביז ער האָט זיך דערװוּסט 
יענעמס װוינונג -- ערגעץ אין א ניט-ייִדישן קווארטאל, פול מיט סעדער, 
מיט הינט און טויבע פּארקנס, װוּ זומער פלעגט מען אָפּדינגען פאר פאר- 
מעגלעכע קראנקע און יאדישליווע לײַט א צימערל אף לופט און אף צו 
פּילנעווען די אײַנגעשרומפּענע לונגען. 

אָט דאָרט, טיף ערגעץ אין א היף פארוקט, האָט יאָסעלע מאגייפע 
אָפּגעדונגען א ניט-ייַדיש שטיבעלע, ארויסגענומען פון שטאָט-יראש, פון 
סאָכרישן פּילדער, געשיצט פון פרעמדע, נישט-געװוּנטשענע בליקן און 
אויך פון פּוסטע און פּײַנטלעכע מײַלער, וועלכע גארן גראגערײַ און 
אומזיסטיקע רעכילעס. 





411 


ס'מוז דאָ געזאָגט װערן א פּאָר װערטער מער אויספירלעכער ועגן 
יאָסעלען. 

ווער איז ער? 

דעם עמעס געזאָגט, האָט ער צוערשט, איידער מ'האָט אים אָפּגעשטױסן, 
אלעמען באנק געטאָן; א פלינקער קאָפּ, א װוילילערנער: דערצו א בען- 
טויווים, פון פּײַנע עלטערן, א זון פון מאָטל בריליאנט--א שטילער ייַד, 
מער פרום, װוי לערנער, װאָס האָט געלעבט שטיל, געהאנדלט שטיל און 
קיינעם נישט אָנגערירט, און נאָר מיט זײַן זון האָט ער זיך אָפטלעך 
געקריגט און פון קליינערהייט אָן נישט איבעריק געהויזט. 

דער שארפער יאָסעלע האָט אלעמאָל זיך געװענדט מיט אזוינע קא- 
שעס, װאָס דער פרומער, שטילער טאטע, מאָטל בריליאנט, האָט זיי ניט 
שטענדיק געקאָנט פארענטפערן. ער האָט זיך געבייזערט, און אין יאָסעלעס 
נאָך פריער יוגנט האָט ער זיך ווי-ניט-ווי מיט אים נאָך אָפּנעפארטיקט, 
נאָר אז יאָסעלע איז עלטער געװאָרן און דאָס וווילילערנערישע כאריפעס 
האָט זיך אין אים צעשפּילט, פלעגט שוין אָפּטמאָל דער טאטע געטראָפן 
ווערן פון אזא סאָרט פראגע, װאָס ער פלעגט פון איר בלײַבן מיט אן 
אָפּן מויל און נישט אופהערן אף זײַן יונגן זון מיט די אויגן צו גלאַצן 

שפּעטער, אז ער איז נאָך עלטער געװאָרן, פלעגט שוין יאָסעלע אומ- 
שוועבן אין גאָר הויכע אױילאָמעס, שטענדיק באשעפטיקט מיט אזוינע 
פראגעס, װי וועגן ידיעה און בחירה'--װעגן שכר ועונש?, און נאָך, 
און ענלעכע, אין וועלכע ער, יאָסעלע, פלעגט פרײַ ארומשווימען, װי אין 
א טײַך, אָבער װאָס זיי זײַנען ניט געווען פארן קאָפּ פון זײַן טאטן, פון 
מאָטל בריליאנט, וועלכער האָט געלעבט שטיל, געהאנדלט שטיל און גע- 
גלייבט נאָך שטילער, און װאָס אָט די אלע פליענדיקע און גריבלענדיקע 
יאָסעלעס געדאנקען זײַנען אף אים אלעמאָל אָנגעקומען װי א שטורעם 
און האָבן אים, װי ס'האָט אים געדאכט, וי מיט די װאָרצלען געװאָלט 
ארויסרײַסן און זײַן שטילן שטייגער צעשטערן. 

ס'איז, וי געזאָגט, געקומען צו קריגערײַען. פריַער וועגן אזוינע פרא- 
געס, װאָס געפינען זיך נאָך אין די ראמען פון דער עמונע און װאָס אפילע 
אין די באװוסטע ספאָרים פון ייַדישע רעליגיעזע גדוילים װערט גערעדט 
וועגן זיי און װוערט אויך דערלויבט צו רעדן. שפּעטער אָבער איז שוין 
יאָסעלע ארויס פון די ראמען. 

מ'ווייסט ניט, צי האָט ער זיך אליין צו דעם דערטראכט, צי ס'איז 
דאָ געווען א פרעמדע האנט דערבײַ --א כאווער אָדער װער האָט אים אף 
אַט דעם וועג ארופגעשטויסן, צי עפשער האָט צו אים ארײַנגעטראָפן איי- 
נער פון די ספאָרים פון די באװוּסטע אופקלערער, װאָס האָט אים גענומען 
פאנגען. אזוי צי אזוי, נאָר אין איינעם א טאָג, בא איינעם א שטרײַט, װאָס 
איז פאָרגעקומען צװישן יאָסעלען מיט זײַן טאטן, האָט זײַן טאטע, מאָטל 
בריליאנט, דערזען, אז זײַן זון איז פאר אן אָפּגרונט. ער איז אזוי װײַט 
פארקראָכן, אז באלד, באלד, האָט זיך זײַן טאטן, מאָטל בריליאנט, גע- 


1 פאָרויסבאשטימטקײַט און פרײַער װילן; ? שטראָף און באלױינונג. 


כַן4 


דאכט, װעט ער אף זײַן זונס האלדז דערזען הענגען א ציילעם, װי בא 
אלע ,גוייַם?, װי בא אלע , שקאָצים? אין זײַן עלטער. 

מאָטל בריליאנט האָט זיך שטארק דערשראָקן, ער האָט מיטאמאָל אי- 
בערגעריסן דעם געשפּרעך און איז מיט זײַן שטילן כאראקטער אנשטילט 
געבליבן, קעדיי מיט זיך אליין זיך האלטן א שטילע אײיצע: צי טייקעף, 
דאָ באלד, אף זײַן אומגליק אױסשרײַען פאר דער װועלט, פאר אלע ייַדן, 
און פאר גאנץ קאָהאָל, צי עפשער פארקערט, פארשװײַגן, לאָזן זײַן זונס 
בלוט זיך אָפּקילן, ער זאָל זיך אליין באטראכטן, און עפשער דורך א 
,סיעתא דשמיא"--- מיט גאָטס זײַנער הילף, הייסט עס,--װעט ער זיך 
צוריק אליין אפן ריכטיקן וועג ארופשלאָגן. 

ער האָט אים אָפּגעלאָזט אף א שטיקל צײַט, דערצו נאָך האָט מאָטל 
בריליאנט דעמלט געליטן א בראָך: דאָס װײַב איז אים געשטאָרבן. יאָסעלע 
איז געווען א בעניאָכיד, און אזויווי דער צאר פון פארלירן די מוטער איז 
בא יאָסעלען געווען גרויס, האָט אים דער פאָטער דערום מילד געשאנעוועט. 
דערבײַ האָט ער זיך געטראכט, אז אָט דער בראָך װעט אים, מעגלעך, מאכן 
באדענקען און ער װעט אים אָנעמען, װי א שטיק אוינעש. 

דאָס איז אָבער ניט געשען. מאָטל האָט זיך דערפילט פרעמד צו זײַן 
זון. אויב פריִער האָט זיי נאָך די מוטער צוזאמענגעהאלטן און געבונדן 
און די שטרײַטיקײַט צװישן זי אָפטמאָל געלינדערט, איז איצט אָבער, 
נאָך דער מוטערס טויט, דער בונד אויס געװאָרן, איבערגעריסן, אף אים 
צוריק ניט צו באהעפטן. 

דערצו, װוידער, איז נאָך מאָטל שטארק פרום געווען, אוֹן בלײַבן אליין 
אָן א װײַב איז אים, לויטן דין, געװען פארבאָטן. האָט ער נאָכאמאָל 
כאסענע געהאט, און דאָס האָט װוידער געדינט פאר א סיבע, אז דער זון 
זאָל זיך פון אים נאָך מער דערװײַטערן, און ער -- פונעם זון. 

ס'האָט ווידער נאָך געטראָפן בא מאָטל בריליאנט, װאָס צו יענער צײַט 
האָט ער א ביסל געמוזט בײַטן אויך זײַן פּארנאָסע: פריַער איז ער געווען 
א שטילער כאלפן, געזעסן מיט א טישל אין מארק און געביטן גרויס געלט 
אף קליינס, קליינס אף גרויס, מינץ אף פּאָזיט, פּאָזיט אף מינץ, און איצט, 
נאָכן טויט פון זײַן ערשטן װײַב, װאָס אף איר שלאפקײַט האָט ער זיך 
פיל אויסגעבראכט, און נאָכן כאסענע האָבן פאר דעם צווייטן, װאָס דאָס 
ארײַנברענגען זי אין שטוב האָט אים אויך פיל אָפּגעקאָסט, האָט ער דערום, 
אויסער דעם כאלפאָנעס, נאָך גענומען געבן געלט אף פּראָצענט. 

דאָס האָט אויך א ביסל געענדערט זײַן שטילן כאראקטער פון מער 
ווייך אף הארבער, װי ס'איז אייגנטימלעך פאר פּראָצענטניקעס, װאָס אליין 
דער אייסעק און דאָס האָבן צו טאָן מיט אזא זאך, װי פּראָצענט, פאר- 
הארטעוועט זיי און מאכט זיי ענגהארציק און גראָבהױטיק. 

דאָס האָט יאָסעלע גלײַך באמערקט, און אזויווי ער איז אזוי אויך 
שוין געווען אופגערייצט, און אזויווי די אָפּגעפרעמדטקײַט צװישן טאטן 
און זון איז שוין סײַװי, איבערן טויט פונעם זונס מוטער און איבערן 
אָנקומען פון דער שטיפמוטער, גרויס געווען, --איז שוין דערום דעמלט 
נאָר א קלײיניקײַט אָפּגעגאנגען, אז דאָס מאכלויקעס צװוישן די ביידע זאָל 


2 


זיך אזוי צעפלאקערן, אז טאטע און זון זאָלן זיך מוזן צעגיין און נישט 
קאָנען מער אפילע אונטער איין דאך בלײַבן. 

דאָס קלײניקײַט האָט זיך געמאכט, דער צופאל האָט געטראָפן, און די 
קריג איז אױיסגעבראָכן. איבער װאָס? טאקע איבער מאָטל בריליאנטס נײַער 
פּארנאָסע, וועלכע האָט אים, מאָטלען, װי נײַ בלוט אונטערגעגעבן, און 
פון האנאָע פון דעם, װאָס זײַן פארמעגן האָט אים אין דער שטיל גענומען 
וואקסן, האָט ער זיך אָפט געריבן די הענט און פרום אין דער נעשאָמע 
אונטערגעטענצלט מיט א לויב צו גאָט, װאָס ער האָט אים אזא גוטן גע- 
דאנק אופגעגעבן, און װאָס יאָסעלען, פארקערט, האָט זי געערגערט און 
ער האָט אף זײַן טאטן גאָר בייז גענומען קוקן. 

צי ער האָט ניט געקאָנט צוזען די נידערגעשלאָגענע, געקרענקטע און 
ניכנעדיקע פּענעמער פון די אָרעמע באלמעלאַכעס און קליינע קרעמער- 
לעך -- זײַן טאטנס קליַענטן, וועלכע פלעגן קומען צו אים לײַען פארשעמ- 
טע, װי מע גייט עפּעס בעטלען אָדער אף א מין געצװוּנגענער גנייווע; 
צי ער האָט ניט געקאָנט צוזען זײַן טאטנס שטיל און הארבלעך געװאָרן 
פּאָנעם, בעשאס ער גיט ארויס די האלװאָע, ווען ער באקומט דאָס וועקסל 
אָדער א מאשקן פארזעצט, וועלכן ער באטראכט, שאצט אים און טאפּט 
פון אים ארויס געדאנקלעך דעם רעוועך, --אזוי צי אזוי, נאָר יאָסעלען 
האָט די מײַסע גענומען שטארק ערגערן, און אזוי װײַט, אז ער האָט שוין 
נישט געקאָנט פארלײַדן די שטובילופט, וועלכע האָט אים אָנגעהויבן 
שמעקן מיט פרעמדן שווייס און אָרעמער האָרעוואניע, און װאָס, פאר- 
קערט, דעם טאטן זײַנעם, האָט ער באמערקט, האָט דער שווייס געשמעקט 
געשמאק, וי א װײַנהענדלער זײַנע גוטע װײַנען. 

אָט איבער דעם איז די קריג אױיסגעבראָכן, און יאָסעלע איז אין איי- 
נעם א טאָג, בא א מינדסטער געלעגנהײַט, ארויס פון די קיילים און מיט 
אזא הויך קאָל, אז ער האָט זיך ניט אָפּגעהאלטן פון אויסצוּווארפן דעם 
פאָטער און אים א געשריי טאָן אין פּאָנעם אזא זאך, וי: 

-- טאטע, װאָס טוסטו? ס'איז דאָך בלוט און גזײילע! 

-- װאָס רעדט דער מענטש? װאָסער בלוט און װאָסער גזיילע? וועמען 
גאזלט ער דאָ? 

-- װאָס הייסט וועמען? דעם, בא וועמען ער נעמט, װאָס איז פאר- 
באָטן. לא תקח נשך ותרבית!, 

-- נו, און װוּ איז היתר איסקע?? װוּ איז דאָס, װאָס איזן דערלויבט 
לתקנת הרבים?, צום װוויל פונעם ראָוו מענטשן, װאָס קאָנען זיך אָן קיין 
האלװאָעס גאָרניט באגיין און װאָס מ'טוט זיי גאָר א טויװע, װוען מע 
לײַט זיי?.. 

-- א טױיווע?! פאר אזא פּראָצענט, װאָס מע קאָן זיך פון אים קיינמאָל 
ניט אױיסבאָדן, ניט ארויסקריכן, אפילע ווען מע זאָל די גאנצע קאפּצאָני- 
שע הויט פון זיך אראָפּציען... אָדער פאר אזוינע מאשקאָנעס, װאָס מ'קאָן 


: 1 זאָלסט ניט נעמען קיין פּראָצענט און װאָכער; ? פּראָצענט נעמען איז דער- 
לויבט; * צום נוצן פון פיל, װאָס נייטיקן זיך. 


20* 214 


זיך אָן זי נישט באגיין און וועגן וועלכע ס'איז בעפיירעש אָנגעזאָגט: 
השב תשיב לו!, און בא דיר ליגן אָרעמעלײַטס קישנס און קאָלדרעס גאנ- 
צע שאפעס און באנקבעטלעך אָנגעשטאָפּט און אָנגעוואלגערט, און אָרע- 
מעלײַט שלאָפן איבער דיר אפן הוילן.. 

-- איז װאָס וויל ער? -- האָט זיך מאָטל בריליאנט צעשריגן. --איז ער, 
הייסט עס, שוין קליגער פון די ראבאָנים? פארשטייט ער און ווייסט שוין 
מער פון זיי? 

-- װאָס מיר ראבאָנים? װער ראבאָנים? נא דיר א גראָשן פאר דײַנע 
ראבאָנים! 

-- וויי איז מיר! גוואלד, ייִדן, קומט הערט, צו װאָס א בן סורר ומורה? 
קאָן זיך דערטראכטן, 

אויסהערנדיק זײַן זונס רייד, איז מאָטל בריליאנט שטיין געבליבן 
אזוי געפּלעפט, װי ער װאָלט געקוקט אף איינעם, װאָס א מין דיבעק, 
א נישט-גוטער קרייעט פון אים ארויס... ער האָט א װײַלע אף אים געקוקט 
װי אף א קראנקן, דערנאָך האָט ער פרום-פײַערלעך און אָבערגלובעריש- 
נאריש, װוי מ'פלעגט אין יענע צײַטן אלעמאָל שרײַען בעשאס ארויסטרײַבן 
א דיבעק, אויך איצט א געשריי געטאָן: 

-- ראָשע, ארויס פון מײַן זון! 

דעמלט האָט זיך יאָסעלע צעלאכט. ער האָט גלײַך פארשטאנען זײַן 
טאטנס מיין, און מיטן זעלבן טאָן, קימאט מיט די זעלבע ווערטער, צו אים 
צוריק א געשריי געטאָן: 

-- שויטע, ארויס פון מײַן טאטן! 

ניין, ניט , שויטע?, נאָר אן ערגער זידל-יװאָרט האָט ער געברויכט, 
װאָס אין דרוק דערלויבט מען זיך דאָס ניט, און װאָס אז מאָטל בריליאנט 
האָט דאָס דערהערט, האָט ער מיטאמאָל דערפילט, אז אלע קרויווישע קנופּן 
צװישן אים מיט זײַן זון זײַנען אויס, און אז ניט נאָר צװישן זון מיט אים 
אליין, נאָר מיטן גאנצן קלאל, מיט אלע ייַדן, פון הײַנט און װײַטער -- 
איבערגעריסן, אף צוריק זיי ניט צו פארבינדן. 

מאָטל בריליאנט האָט זיך דעמלט דערפילט, װי גלײַך ער װאָלט גאָר 
קיינמאָל קיין זון נישט געהאט, אָדער ער װאָלט יאָ געהאט, נאָר יענער 
װאָלט איִם געשטאַרבן, אָדער זיך געשמאדט, װאָס איז ערגער װי גע- 
שטאָרבן. 

ער האָט גלײַך, נאָכן אויבן דערציילטן, אויסגעטאָן די שיך, ער האָט 
אוועקגעלייגט א קישן אף דער ערד, זיך אראָפּגעלאָזט אף איר, וי צו 
שיווע, און װי מע טוט אין אזוינע פאלן, זיך געהייסן ארײַנטראָגן א שטיין, 
און א גאנצן טאָג האָט ער ניט אופגעהערט אף אים צו קוקן. 

דאָס האָט באטײַט -- ער איז עלנט: װאָס ער האָט געהאט, האָט ער 
פּארלוירן, און װאָס גאָט האָט אים געגעבן פונעם ערשטן װײַב, האָט ער 


1 זאָלסט אים אומקערן דאָס פארמאשקנטע קלייד, ביז די זון װעט אונטער- 
גיין, קעדיי ער זאָל האָבן אף װאָס דעם קאָפּ אוועקצולייגן: 2 א זון, װאָס האָט פון 
גוטן וועג אָפּגעקערט. 


215 


בא אים צוגענומען, און פון איצט אָן דארף ער ווארטן אף א קאדעש און 
א יוירעש נאָר פונעם צווייטן. יאָסעלען האָט ער אויסגעמעקט, און -- שוין. 

יאָסעלע איז, װי מ'פלעגט דעמלט זאָגן, ארויס ,לתרבת רעה", דה. אף 
העפקער, אף שלעכטע זיטן און אף אזוי װײַט צו זײַן ארויסגענומען פון 
אלע, אז זײַנע אייגענע זאָלן מיט אים זיך שעמען און ניט װעלן דערמאַנען 
זײַן נאָמען, װי מע שעמט זיך און מע וויל ניט דערמאָנען א מאמזער אָדער 
ענלעכע צו אזויגע. 

וויאזוי יאָסעלע האָט געלעבט און זיך דורכגעשלאָגן די ערשטע צײַט 
אָן דעם פאָטערס שטיצע -- ווייסן מיר ניט. מעגלעך, אז בעשאס ער איז 
אוועק פון שטוב, האָט ער מיטגענומען עפּעס געלט אָדער אנדערע ווערט- 
זאכן, אף וועלכע ער האָט זיך אויסגעהאלטן; מעגלעך, אז דערבארעמהאר- 
ציקע קרויווים האָבן זיך דאָ ארײַנגעמישט, און מעגלעך אויך, אז דער פאָ- 
טער אליין, מאָטל בריליאנט, מוירע האָבנדיק, אז ווען יאָסעלע װועט בלײַבן 
הויל און װי אפן וואסער, זאָל ער בעעמעס, מאכמעס נויט, ניט געצװוּנגען 
זײַן זיך צו לאָזן אף גאָר שלעכטע וועגן, האָט ער זיך ניט ויסנדיק גע" 
מאכט און געלאָזט, אז זײַן צווייט װײַב, די שטיפמוטער, זאָל אים הינטג- 
ארום שטיצן און אונטערהאלטן מיט װאָס נייטיק איז. 

מיר ווייסן ניט, זאָגן מיר, װי האָט דעמלט יאָסעלע געלעבט און פון 
װאָס, נאָר איצט, אין דער צײַט, וועגן וועלכער מיר רעדן דאָ, איז שוין 
יאַסעלע באזאָרגט און דארף צו קיינעם ניט אָנקומען; ער איז אן אָנגע- 
שטעלטער אין א ניט-היגער, ניט-ייַדישער פירמע דאָ, אין א. ער האָט 
שוין דעמלט געשעמט מיט זײַנע גאָר גרויסע קענטענישן, סײי מיט ייַדישע, 
וועלכע ער האָט זיך דערװאָרבן, איידער ער האָט פארלאָזט דעם פאָטערס 
שטוב, און סײַ ניט-ייַדישע, וועלכע ער האָט זיך דערװאָרבן, ווען ער איז 
שוין געווען זעלבשטענדיק. און אויסער דעם האָט שוין יאָסעלע פארמאָגט 
א פּען אין דער האנט, און א שארפע פּען, און יעדן מאָל, ווען ער האָט גע- 
האט וועמען װאָס צו זאָגן און אן אוולע אויסווארפן, זײַנען די טויערן פון 
דער דעמלטיקער פּרעסע געשטאנען פאר אים אָפן, ער איז דאָרט אן אָפטער 
און געגארטער גאסט געווען, און פאר אזוינע זאכן, װי פּרעסע, האָט מען, 
וי באװוסט, אין אלע צײַטן אי דערעכערעץ, אי מוירע, ביפראט דער, װאָס 
דארף מוירע האָבן. 

יאָ, ווען ער האָט באדארפט, האָט ער שוין שטארק און שארף געשמיסן 
און ניט געשאנעוועט קיינעם, אפילע ניט אזא גרויסן און אָנגעזעענעם גוויר 
און באנקיר, װוי יאנקעװ-יאָסי איילבירט, װאָס איז געווען באקאנט אף דער 
גאנצער געגנט און אויך אויסער איר סײַ מיט זײַן גרויס רײַכקײַט, סײַ 
מיט זײַן גוואלדיקער ווירקונג אף נאטשאלסטווע, וועלכע האָט אָפט בא- 
דארפט אָנקומען צו אים, און דערפאר האָט ער, יאנקעװ-יאָסי, אלע זײַנע 
שטאדלאָנעסן בא איר געפּױעלט, -- אפילע פאר אים, פארן גרויסן באנקיר, 
האָט יאָסעלע זיך ניט אָפּגעשטעלט פון צו זאָגן, װאָס ער האָט געהאט, 
עפנטלעך און נישט באהאלטן אונטער דער פּאָלע... 

פארשטענדלעך, אז דעם גוויר איז דאָס ניט אָנגעשטאנען. ער האָט גע- 
האט אן אויג אף יאַסעלען. און א סװאָרע, אז ער האָט צוליב זײַנעטװעגן 


26-9 216 


אָפּגעדונגען איינעם א יידן, אז יענער זאָל אים נאָכקוקן, זען, װאָס ער 
טוט, מיט וועמען ער באגעגנט זיך און כאווערט זיך, האָפנדיק, אז סאָפ- 
קאָלסאָף װעט זיך יאָסעלע, מעגלעך, ארויסכאפּן מיט א װאָרט קעגן הויכע 
מעלוכע-לײַט, און דעמלט װעט מען אים דערמאָנען אויך זײַן העפקיירעס 
אין עמונע-זאכן, און דאָס מיט דעם צוזאמען װעט דערלאנגט ווערן פאר 
וועמען מ'דארף און װעט געניגן, מע זאָל אים פון שטאָט ארױסיאָגן און 
פון זײַן שלעכטן בײַשפּיל פּאָטער װוערן. 

און אזוי איז טאקע געווען: דער אָפּגעדונגענער ייַד האָט יאָסעלען נאָכ- 
געקוקט. דער גוויר האָט פאר יאָסעלען שוין א באזונדער קאָנטע געהאט, 
און דער ייַד פלעגט אָפט קומען און אין גווירס אויער, װאָס איז שטארק 
באשעפטיקט געווען, אײַנרױמען און א גיכן זאָג טאָן, לעמאָשל, אזא 
זאך, ווי: 

-- ער עסט!. 

-- װער? װאָס? -- פלעגט דער גוויר זיך דערשראָקן אוֹפכאפּן, נישט 
פארשטייענדיק, װאָס דער ייד מיינט. 

-- יאָסעלע, -- פלעגט דער ייָד, אײַנגעבויגן שטייענדיק, שטאמלען, -- 
יאָסעלע מאגייפע. כאזער, טארפעס עסט ער, ראקעס און ,כל דבר אָסור"ש, 

יאָ, דער ייַד האָט געװוּסט אף זיכער. ער האָט זיך פיל מאָל געמיט אליין 
צו יאָסעלען אין שטוב ארײַנקומען און זיך אײַנקויפן אין הײימישקײַט. אז 
יאָסעלע האָט זיך אָבער דערװוּסט פון יענעמס מיין און האָט אים דורכגע- 
טריבן, האָט יענער שוין דאָס געמאכט דורך אן אנדער וועג אָדער דורך א 
קינד, װאָס ער האָט ארײַנגעשיקט א קוק טאָן, װאָס דאָרט טוט זיך, װוי מע 
פירט זיך און מיט וועמען מע טוט זיך כאווערן. 

-- מע רייכערט! -- פלעגט דער ייַד אן אנדערשמאָל װוידער דעם גוויר 
אין אוער אײַנרוימען. 

-- ווער? 

-- יאָסעלע! ער זאָל אזוי זען אלדאָס גוטס, װי ער האָט אליין געזען, 
וי שאבעס איז דורך זײַן פענצטער געגאנגען א רויך. 

-- מיטוט!-- האָט דער ייד אן אנדערשמאָל, שוין אליין א דערשראָקע- 
נער, אויסגעשריגן, 

-- װאָס טוט מען? 

-- מיט װײַבער... מיט מיידלעך... מע קומט זיך צונויף, מע זיצט און 
מע פארברענגט איניינעם... ער זאָל אזוי זען אף זײַנע אויגן, װי ער האָט 
אליין געזען, װי מ'איז געזעסן... 

אָבער דאָס אלץ איז װייניק געווען, מ'זאָל יאָסעלען קאָנען צוקלאָגן צו 
נאטשאלסטווע, װײַל װײַטער וי צו זיצן מיט װײַבער איניינעם, װי עפשער 
רייכערן אום שאבעס און עסן ראקעס איז אים ניט געװען װאָס אויסצו- 
ווארפן. און א סװאָרע, אז אויך דאָס איז ניט אינגאנצן עמעס געווען, נאָר 
א היפּש ביסל אויסגעטראכט. און אויב יאָ עמעס, איז נאָר דאָס, װאָס יאַ- 
סעלע איז שוין דעמלט פארשעמט געווען, װי אזא צוים-ברעכער און עמו- 


1 אלץ, װאָס איז פארבאָטן. 


41 


נעיפארשווערער, װאָס מיט קיינע מיטלען איז אים שוין נישט צוריק צום 
פרלעריקן אומצוקערן. ער האָט שוין אויך געהאט אן אייגענעם קרײַן אָנ- 
הענגער, דערװאָרבן און אריבערגעצויגן אף זײַן זײַט פון דעם פרימסטן 
טייל יוגנט, וועלכע האָט אים געקרוינט פאר א ראָש און אָנפירער. און 
אזויווי זײַן ווירקונג האָט געהאלטן אין איין וואקסן, און אזויווי אלץ מער 
און מער יוגנטלעכע האָבן גענומען ארויסקריכן פון די עלטערנס פרומע 
סטריכעס און שטילערהייט זיך ציען צו יאָסעלען און פרײַדענקעריש צו 
קװאָקען, האָבן דערום די עלטערן גענומען קוקן אף יאָסעלען, װי אף א 
סוינע, װי אף אן אָנשיקעניש און א קרענק, און קרוינענדיק אים מיט דעם 
נאָמען ,מאגייפע", האָבן זיי געמיינט צו זאָגן, אז ער איז אָנשטעקנדיק, 
און אז װער ס'קומט נאָענט אין זײַנע פיר איילן, דעם דראָעט א געפאר זיך 
אָפּצוזעגענען מיטן לעבן... 

און אָט צו אָט דעם יאָסעלען האָט אויך מיכל בוק;יער ארײַנגעטראָפן.. 


: 8 . 


מיכל בוקיער האָט, װי אלע זײַןגלײַכן פרומע לײַט, געפּראװעט 
,כצאָס?. באנאכט, ווען אין שטוב, אין גאס און אין שטאָט איז שטיל און 
ס'דערגרייכט פון ערגעץ ניט קיין קאָל, קיין קלאנג, פלעגט מיכל אופשטיין, 
אָפּניסן נעגלוואסער, אָנשיטן א ביסל אש אפן קאָפּ און זיך אראָפּלאָזן בא 
איינער א טיר-שוועל, און צוזאמען מיט גאָט, װאָס, לויט דער לעגענדע, 
לאָזט ער דעמלט פאלן צוויי שטילע טרערן אין יאם-אוקיאָנוס, וויינענדיק 
אפן כורבן בייס-:האמיקדעש, האָט אויך ער, מיכל, גענומען קלאָגן און 
װויינען: 

,עד אנה בכיה בציון, מספּד בירושלים"! אאוו. 


ווער ס'װואָלט דעמלט זײַן שטיל יאָמערן דערהערט, װאָלט ער מער גע- 
רירט געווען, װי ווען מע הערט צען װײַבער מיטאמאָל יאָמערן. 

מיכלס װײַב האָט אלע מאָל, הערנדיק אין שלאָף זײַן געוויין, האנאָע 
געהאט און זיך איבערגענומען, װאָס איר מאן איז אן אויסדערוויילטער שו- 
טעף צו גאָט דערמיט, װאָס נאָר ער, מיכל, אונטן, און נאָר גאָט אין זײַנע 
הימלען אויבן זײַנען איצט פארנומען מיט אזוינע הויכע זאכן, װי צו קלאָגן 
אף צאָרעסיהאקלאל. 

מיכל פלעגט נאָכן ,,כצאָס? זיך צוריק אין בעט שוין נישט לייגן, נאָר 
בלײַבן אף דעם גאנצן איבעריקן טייל נאכט צו לערנען. און פארטאָג, סײַ 
זומער, סײַ ווינטער, פלעגט ער זײַן קימאט דער ערשטער אין שטאָט, װאָס 
האָט זיך גענומען צו גאָטס טאָגעדיקער אוווידע -- צום אינדערפר;עדיקן 
דאוונען. 

דאָס װײַב האָט קיינמאָל ניט דערווידערט קעגן מיכלס פרומער אופירונג. 
כאָטש אזא זאך מאטערט אויס געוויינלעך, און פון אָפּגעבן א העלפט רו- 


1 ביזוואנען א געוויין אין ציען, א קלאָג אין יערושאָלאיִם. 


1218 


צײַט קומט קיין איבעריק געזונט ניט צו, דאָך, אזויווי ס'איז שוין קימאט 
געװאָרן בא מיכלען זײַן צווייטע נאטור, און ער אין נאָך געווען גענוג 
קרעפטיק, האָט דאָס אים ניט געשאדט, האָט ער דאָס ניט געפילט, דערום 
האָט אויך דאָס װײַב ניט געהאט צו זאָגן און קעגן דעם צו דערווידערן. 

די לעצטע צײַט אָבער האָט דאָס װײַב באמערקט, וי אינדערפרי פילט 
ער זיך עפּעס ניט גוט, עפּעס האָט זיך אים געוויזן צופיל בלאָווס אונטער 
די אויגן, און אָפּט זעצט ער זיך צו, גלײַך װי איינער, װאָס לײַדט אף די 
פיס, אָדער האָט א מייכעש אין רוקן, אין די קריזשעס. זי האָט אים אופ- 
מערקזאם געמאכט און גענומען זאָגן, אז טאָמער איז ער ניט געזונט, דארף 
ער זיך זען היילן, דארף מען דאָך עפּעס טאָן. מיכל האָט אָבער יעדער מאָל 
מיט דער האנט א מאך געטאָן: אייסעך... ס'הייסט, ס'גאָרניט ניט... -- און 
אזויווי אין אזוינע הײַזער מאכט מען זיך ביכלאל ניט איבעריקס פון אזוי- 
נע זאכן, מאכמעס מ'איז פארנומען מיט גענוג אנדערע דײַגעס, האָט דערום 
דאָס װײַב, נאָך יעדער מאָל דערמאָנען אים, דאָס גלײַך אויך פארגעסן. 

שפּעטער האָט דאָס װײַב דערזען, אז ס'איז ניט קיין קרענק בא אים. 
זי האָט געזען, אז מיכלס אופשטיין באנאכט איז איצט אנדערש, װי אלע- 
מאָל פריִער. זי האָט זיך גענומען אײַנהערן און האָט זײַן געוויין ניט פאר- 
נומען, גענומען זיך צוקוקן און אים ניט געטראָפן זיצן בא דער שועל, 
נאָר גאָר באם טיש פארטראָגן, דער קאָפּ אין פּאפּיר ארײַנגעטאָן און 
שרײַבן, און ווען ניט באם טיש, פלעגט ער זיך איבער דער שטוב ארומ- 
דרייען, וי אין די אייגענע פיר ווענט פארבלאָנדזשעט. 

זי האָט באמערקט אן ענדערונג און נישט פארשטאנען, אין װאָס זי 
באשטייט. זי האָט געזען, אז ער האָט זיך פּלוצעם אָפּגעריסן פון די זײַ- 
ניקע און באזוכט ניט זייערע מיניאָנים נישט אינדערװאָכן, ניט אפילע שא- 
בעס. זי האָט אויך געזען, אז עפּעס האָט ער צוגעשיקט מיט א קינד א צע- 
טעלע צו יענע, און פון דעמלט אָן גייט ער שוין ביכלאל ניט אהין, וי 
גלײַך ער האָט קיינמאָל מיט זיי ניט געהאט צו טאָן און ניט געווען מיט 
זי געבונדן, 

דאָס אלץ האָט זי געמאכט באדענקען. זי האָט געזען, אז עפּעס קאָכט 
אין אים, עפּעס קומט אין אים פאָר, װאָרעם, װי יעדער מאָל, איז זי שוין 
געוווינט געווען צו פילן, ווען ער ברעכט זיך און האלט באם איבערגיין 
פון איין דייע צו דער אנדערער, צו דער הײפּעכדיקער פון דער ערשטער. 

יאָ, מיכל האָט זיך אויך איצט געבראָכן.. 

מיר װאָלטן דאָ, מעגלעך, זיך באדארפט לענגער אָפּשטעלן, אף צו דער- 
קלערן די סיבעס, װאָס האָבן געבראכט מיכלען צו אזא שריט, װאָס איז 
זיך גאָר שווער פאָרצושטעלן. מיר טוען דאָס אָבער ניט, װײַל, ערשטנס, 
האָבן מיר שוין אין אָנהייב בוך דערציילט ועגן זײַן פײיַקײַט זיך צו 
ווארפן פון איינס צו איינס און פון איין הײפּעך צום צװוייטן; און צווייטנס, 
האָפּן מיר, אז דער לייענער װעט פון דער עצעם געשעעניש אליין פאר- 
שטיין, פארװאָס איז אזוי געשען און אויך פארװאָס דאָס געשעענע האָט 
זיך בא אים אױיסגעגאָסן אין אזא אופגעריסענער פאָרם... אנדערש האָט דאָס 
ניט געקאָנט זײַן: נעמענדיק אין אכט יענע צײַט און יענע באדינגונגען, 


419 


איז נאטירלעך, אז ווען אזא, װי מיכלען, איז אויסגעקומען דורכצומאכן 
אזא גײַסטיקע איבערקערעניש, איז ער געווען געגליכן צו איינעם, װאָס 
דארף טאָן א שפּרונג פון הייס אין קאלט, אָדער פארקערט, װאָס דאָס ווערט 
אלעמאָל געמאכט אי קרענקלעך, אי לעפּישעוואטע און מיט א היסטערישן 
קוויטש. 

איז אָט. 

אײינמאָל א פרלטיק-פארנאכט, ווען ס'האָט שוין געהאלטן נאָך ליכט- 
בענטשן און מיכל איז שוין געווען שאבעסדיק אָנגעטאָן, גרייט זיך לאָזן 
אין שול, אזוי האָט מיכלס װײַב פּלוצעם באמערקט, װי מיכל איו שטיין 
געבליבן פארגליווערט, װי א גוילעם, װאָס ווייסט ניט, װאָס ס'טוט זיך 
מיט אים, אָדער װי איינער, װאָס ס'באפאלט אים א שטארק שטעכעניש, 
פון וועלכן מע קאָן זיך ניט רירן, װײַל עס סטײַעט קיין אָטעם ניט... די 
אויגן האָבן זיך אים אויסגעראטשעט--די װײַסלעכער מער גרעסער 
פון די שווארצלעכער... און קוקנדיק אף אים, האָט מען געקאָנט מיינען, אז 
אָט אזוי װעט ער בלײַבן אפן אָרט, ביז מע װעט אים ניט נעמען אופ- 
וועקן --- אויב ער האָט זיך נאָר פארטראכט--אָדער מע װעט אים מזן 
נעמען און צום בעט אװעקטראָגן -- אויב ער איז פארשלאפט געװאָרן 
פּלוצלינג. 

ס'האָט אָבער לאנג ניט געדויערט, און מיכל האָט צוריק אופגעוואכט, 
נאָר אָנשטאָט דעם, ער זאָל זיך באלד לאָזן צו דער טיר, װי ער האָט פרל- 
ער געזאָלט, האָט ער גאָר א שפּאן געטאָן צו די בענטש-ליכט, װאָס אפן 
טיש. ער איז פאר זיי שטיין געבליבן א װײַלע, און מיטאמאַל האָט ער זיך 
א בייג געטאָן, און -- פו-פו -- איינס נאָך איינס און אלע ביז לעצט אויס- 
געלאָשן, 

-- װאָס האָט ער געטאָן?! -- האָט דאָס װײַב אױסגעשריַען א פארצי- 
טערטע. -- וויי איז מיר! 

מיכל האָט װי פון שלאָף דערוואכט. ער האָט א רעגע אויסגעזען, װי 
איינער, װאָס האָט אין אן אומבאװװוסטזיניקן שטאנד אָפּגעטאָן עפעס א 
נישט-ריכטיקע זאך, פאר וועלכער ער פארשעמט זיך און וויל גלײַך דאָס 
קאליע-געמאכטע פאריכטן. ער האָט שוין געהאט א האנט אויסגעשטרעקט, 
וי אף צוריק אָנצוצינדן די ליכט, נאָר באלד האָט ער זיך באדענקט און 
כאראָטע געהאט, און אָנשטאָט זיך פארנעמען מיט די ליכט װוידער אָנ- 
צינדן, איז ער גאָר אוועק צום באנק-בעטל, װוּ זײַן טאלעס-און-טפילן איז 
געלעגן, האָט דאָס אופגעעפנט און געכאפּט דעם טאלעס אונטערן אָרעם, און 
אזוי, און קיין װאָרט ניט זאָגנדיק, האָט ער זיך צו דער טיר און צום 
ארויסגאנג געלאָזט, 

-- װוּהין מיטן טאלעס, מיכל? -- האָט דאָס װײַב א צווייטן וויי-געשריי 
ארויסגעלאָזט. 

מעשוגע! װײַל פרײַטיקצונאכטס געברויכט מען ניט קיין טאלעס, און 
דעם װײַבס שטוינונג איז דערום איצט געווען ניט װייניקער בארעכטיקט, 
וי פריער פונעם ליכט-אויסלעשן. איר געשריי אָבער האָט שוין צו מיכלס 


200 


אוער ניט דערגרייכט, מאכמעס ער איז שוין געווען אויסער דער טיר און 
אויסער דער מעגלעכקײַט איר קאָל צו פארנעמען. 

אז ער איז ארויס, איז שוין אין דרויסן געווען טונקל. ס'איז שוין 
צוגעפאלן דער קורצער הארבסטיקער פארנאכט. דער גרעסטער טייל אײַני 
וװוינער פון יענער גאס איז שוין געווען אין שול, און נאָר איינציקע פאר- 
שפּעטיקטע האָבן איצט אונטערגעײַלט אויך אהין אָנצוקומען. 

פון אלע פענצטער פון די אָרעמע נידעריקע הײַזלעך אין יענער גאס 
און פון די דערבײַ-ליגנדיקע גאסן האָבן ארויסגעקוקט די בענטש-ליכט, 
מיט יענער מילדער פײַערלעכקײט, װאָס האָט דערמאָנט דאָס געמיט פון די, 
װאָס האָבן זי אָנגעצונדן, און װאָס יעדערער, לוט זײַן שטאנד און שטיי- 
גער, האָט זיך, נאָך א װאָך האָרעוואניע, איצט דערשלאָגן צו דעם, וי צו 
א שטילן ברעג נאָך א שטורעמדיקער רײַזע. 

און אזוי װי מיַכל איז ארויס צעמישט און פארטראָגן פון זײַן שטוב, 
אזוי איז ער אויך זײַן גאס און די נאָענט-ליגנדיקע גאסן פארבײַ און נישט 
געזען און נישט געװוּסט קימאט, װוּהין די פיס טראָגן אים. ביז זיי האָבן 
אים, לעסאָף, נאָך לאנגן גאנג, געבראכט אין איינעם א ניט-ייַדישן קוואר- 
טאל, װוּ פון א פענצטער האָבן דאָרט קיין ליכט ניט ארויסגעקוקט, װײַל 
די פענצטער גייען דאָרט ארויס ניט אין גאס, נאָר אין טיפע הויפן, מיט 
הויכלעכע, טויבע פּארקנס און סעדער פארשטעלט. 

און אָט צו איינעם אזא הויף האָט זיך מיכל מיטן טאלעס אונטערן אָרעם 
צוגעשלאָגן. ער האָט אופגעעפנט די פאָרטקע, איז ארײַן אין הויף, איזן 
צוגעקומען צו א ניט-ייִדיש שטיבעלע מיט א ניט-הויכן פּידאשעק פאר די 
טרעפּ, און אז ער איז אראָפּ פון זיי, האָט ער פריִער געעפנט א פירהויז- 
טיר, דערנאָך א צווייטע -- די שטוב-טיר -- און האָט זיך צו יאָסעלע מא- 
גייפע אין זײַן װוינונג ארײַנגעשטעלט. 

ס'האָט דאָרט, װי אין אלע אזוינע הײַזער, געשמעקט מיט ערדענעם 
פּאָל, מיט געװײַסטע ווענט און באלקן און מיט הארבסטיק-געדעמפטע און 
א ביסל אויך פארוויאנעטע פּראָסטע גאָרטן-בלומען. זויבער. א געוויינלע- 
כער לאָמפּ אֹף א געוויינלעכן טיש און טישטעך, אָן קיין סימען פון שא- 
בעס, און באם טיש האָט זיך יאָסעלע מיט א קליינער קאָמפּאניע זײַנע 
פּרײַנט און אָנהענגער געפונען. יאָסעלע -- מיט א בלאָנדן קאָפּ און בערדל 
און מיט היפּש געלע און קלוגע קלײַען אין פּאָנעם -- בעראָש, און ארום 
אים -- אייניקע מיט היטלען און אנדערע מיט בלויזע קעפּ -- אין אכדעס 
און אין כאווערשאפט. 

אז מע האָט דערזען ארײַנקומען דעם פרעמדן ייִדן, האָבן זיך אלע פאר- 
כידעשט. מ'האָט באלד איבערגעריסן דעם שמועס, בא וועלכן מ'האָט גע- 
האלטן בא זײַן אָנקומען, און אלעמענס אויגן האָבן זיך א ווענד געטאָן 
צו מיכלען, װי מיט א שטומער פראגע, דה. װי קומט אזא, װאָס זײַן אָרט 
איז איצט אין שול, צו פארבלאָנדזשען גאָר אהער, אף דער ניטייַדישער 
גאס, צו יאָסעלען מיט זײַן קאָמפּאניע. 

ס'איז אלעמען אויך א כשאד דורכגעלאָפן: עפשער איז דאָס ווידער 
עפּעס א פּארשוין, אונטערגעשיקט פון יאנקעװוײיאָסין דעם גוויר, מיט א 


221 


געוויסן מיין -- און מ'האָט אים שוין געזאָלט איינס און צוויי ארויסמעשא- 
לייעכן. אז מע האָט אָבער אייניקע רעגעס לענגער אים באטראכט, אזי 
האָט מען דערזען, אז ניין, אז װאָס געהער גווירישער שליכעס, איז דער 
אויסער יעדן פארדאכט, װײַל אף זײַן פּאָנעם איז ניט צו מערקן יענע 
ליגנערישע האכנאָע און דאָס װעלן אײַנקויפן זיך אין נישט-פארדינטן צו- 
טרוי, װי בא יענע, נאָר פארקערט, -- דאָס פּאָנעם אָפן, ערלעך און זעט 
אויס, װי ער קומט א גלײַכער צו גלײַכע. 

-- װאָס האָט ער באדארפט? -- האָט אים יאָסעלע א פרעג געטאָן און 
גענומען קוקן אף אים. נאָך די ערשטע מינוטן פרעמדקײַט און פארדאכט, 
שוין מיט מער צוטרוי און אפילע מער צוגעלאָזט, ווען ער האָט איצט דער- 
זען פאר זיך מיכלען -- אן אָרעמלעכן, אָבער א זויבער-אָנגעטאָנענעם, נאָך 
מיט קימאט נאסלעכע באָרד-און-פּייעס, אױיסגעצװאָגן לעקאָװעד שאבעס, 
און מיט עטװאָס ארויסגעשטעקטע װײַסע העמד-ארבל פון אייבערשטן מאל- 
בעש ארויס. 

-- צו וועמען האָט ער באדארפט? 

-- טאקע צו אים... דאָס איז ער -- יאָסעלע בריליאנט? 

-- יאָ. און נו? 

-- איז ער אים געקומען זאָגן, אז ער װויל צו אים צושטיין... ער האלט 
זיך פאר א זײַניקן. 

-- װאָס הייסט? -- האָט יאָסעלע א פרעג געטאָן פארכידעשט, און 
אויך די איבעריקע, זײַן קאָמפּאניע, האָט זיך אים געהאָלפן כידעשן. -- 
װאָס הייסט, ער -- א זיײיעריקער? 

-- װאָס זשע איז דאָס כידעש? -- האָט מיכל אָפּגעענטפערט א ביסל 
מיט טארומעס, מיינענדיק, אז מע שטויסט אים אָפּ און מע איז ניט גערן 
זײַן שוטפעס. 

-- ניין, ער פרעגט נאָר. ער װונדערט זיך און איז ניט זיכער, צי ווייסט 
מיכל ביכלאל, צו וועמען ער האָט ארײַנגעטראָפן, און צי זײַנען דאָס די, 
וועמען ער האָט בעעמעס טאקע געדארפט האָבן? -- האָט יאָסעלע א זאָג 
געטאָן, און בעשאס-מײַסע האָט ער נאָכאמאָל א קוק געטאָן אף מיכלען, װי 
געװאָלט זיך איבערצײיגן, צי האָט ער ניט פאר זיך, אויב ניט קיין פרעמדן 
אונטערגעשיקטן, איז עפשער אזוי זיך עפּעס א צעדרייטן, א ביסל א גע- 
רירטן, װאָס די רייד און דאָס פארנעמען זיך מיט אים איז איבעריק און 
װינציק װאָס ציקאווע... 

-- צו וועמען ער האָט ארײַנגעטראָפן, ווייסט ער אף זיכער, --האָט 
מיכל געזאָגט. -- דאָס איז דאָך צו אײַך, צו די, װאָס געפינען זיך אויסערן 
קאָהאָל, פון אלעמען פארשריגן, װי אזוינע, װאָס האָבן אלע גדאָרים אופ- 
געבראָכן. 

-- און נו? 

-- און ער איז מאסקים און האלט זייער צאד. 

-- ער? 

-- יאָ. און זאָל מען זיך ניט װונדערן און ניט מיינען, אז ס'איז פון קא- 


222 


לעס-דאאס!, כאָלילע; ער, מיכל, איז, וי יאָסעלע מיט זײַן קאָמפּאניע קאָנען 
זען, ניט קיין שנויץ מיט ברויט, ניט קיין העפקער-מענטש, און אויב ער 
האָט אזא טראָט געמאכט און זיך באשלאָסן, דארף מען פארשטיין, אז ס'איז 
אים ניט לײַכט אָנגעקומען, נאָר נאָך גרויס אנגסט און זעלישן געראנגל. 

-- פארװאָס? -- האָט מיכל זיך אליין איבערגעפרעגט. -- װײַל, װי 
יאַסעלע מיט זײַן קאָמפּאניע קאָנען זען און זיך איבערצײיַגן, איז ער ניט 
פון גאס געקומען, נאָר ער גייט פון ערגעץ, קומט פון ערגעץ, און ניט 
קיין אָרעמאן פון איבער די הײַזער, נאָר ער האָט, מעגלעך, גאָר א גרויס 
פארמעגן פון יענער זײַט זייער שוועל איבערגעלאָזט. 

-- פארמעגן? -- האָבן יאָסעלע מיט די זײַניקע זיך דאָ געװאָלט צע- 
שמייכלען, אָבער מיכל האָט זיי איבערגעשלאָגן, ניט דערלאָזט. 

-- נו, יאָ, -- האָט שוין מיכל ארויסגעזאָגט א ביסל בייזלעך, -- ווער- 
ווער, נאָר יאָסעלע מיט זײַן קאָמפּאניע דארפן דאָך געוויס פארשטיין, אז 
ס'איז גאָר ניט קיין קלײניקײַט דאָס פארמעגן פון אן איינעם, װאָס האָט 
יאָרנלאנג געהאט א בוירע-אוילעם, א באלעבאָס, א האר איבער אלע גלי- 
סטיקע גיטער, װאָס אז ער האָט געװאָלט, האָט ער אים געדינט, װי א 
קנעכט א האר, אז געװאָלט, האָט ער אים געליבט, װי א קינד א פאַטער, 
געװאָלט -- האָט ער געקוקט אף יענעמס גוטס, װי אף פרעמדע כידושים, 
געװאָלט -- האָט ער געקוקט דערוף, װי אף אייגנס, װי א יוירעש... 

-- און אָט, צו אָט די קנעכט, אָדער קינדער, אָדער ביידע צוזאמען, 
האָט אויך ער, מיכל, אָקאָרשט נאָרװאָס געקערט. און זיי, יאָסעלע מיט 
זײַן קאָמפּאניע, דארפן דאָך אוואדע פארשטיין, װאָס הייסט דאָס אלץ אָנ- 
צוּווערן, צו בלײַבן הויל און בא גאָרניט, ביז מע דערשלאָגט זיך צו װערן 
אליין האר און פאָטער איבער זיך... 

-- דערצו נאָך דארף מען נעמען אין אכט, וועמען און אין װאָס פאר א 
צײַט ס'געשעט אזא אָנװער, און אים, מיכלען, װאָס איז געווען אזוי טיף 
פארװאָרצלט אין גלויבהאָבערישן אייגנטום, האָט עס געטראָפן אף דער 
עלטער, ווען פארלירן דאָס דערװאָרבענע טוט שטארק באנק, ס'שווער דער- 
פון זיך אָפּרײַסן, און ווען מע פארלאָזט עס, טוט מען זיך אלעמאָל צו דעם 
אויסקערעווען, װי צו א ויינענדיק קינד, ווען עלטערן פארלאָזן עס, און 
ס'בעט זיך, מע זאָל דאָס אף די הענט נעמען, װײַל אליין גיין קאָן דאָס 
ניט און הינטן בלײַבן האָט דאָס מוירע. 

-- און נו? -- האָבן יאָסעלע מיט זײַן קאָמפּאניע געווארט אף מיכלס 
פאָרזעצונג, 

-- און דאָך, -- האָט מיכל געזאָגט, -- האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו 
קריגן מוט זיך אויסקערעווען צו דעם מיטן רוקן... װײַל אָנװער איז, װי 
באװוּסט, אמאָל א באדינג צו געווינען, און קעדיי צו דערגרייכן א גע- 
וויסע הייך, מוז מען זיך אמאָל פריִער דערפילן שטארק געפאלן.. ס'איז 
פיל וועגן דעם צו רעדן... און ניט אזוי גיך טוט זיך, װי ס'רעדט זיך... פיל 
מענ;לעס און שטערונגען האָט ער געהאט אויסצושטיין, ביז ער האָט זיך 


1 לײַכטזין. 


223 


דערשלאָגן, אז די פריערדיקע איידל-שטיינער זאָלן אים נעמען אויסזען װי 
שערבלעך, און אז א טרער זאָל אים די שײַן פון די אויגן נישט פאר- 
שטעלן פון ראכמאָנעס צו דעם, װאָס ער האָט פארלוירן. 

אָבער ער, מיכל, האָט זיך נאָך גרויס מי דערצו פאָרט דערשלאָגן. דער- 
צו האָט אים געהאָלפן אי זײַן קאָנען זיך אָנכאפּן און אָנקלאמערן אין דעם, 
װאָס אים איז טײַער, ביז בלוט אין די פינגער, אי דאָס קאָנען אָפּלאָזן 
דאָס, װאָס ער האלט פאר פּוסט, װי מ'לאַזט ארויס לופט פון די פויסטן 
ס'האָבן אים געהאָלפן באװוּסטע ספאָרים פון באװוּסטע מעכאברים, בא 
וועלכע ער האָט זיך פיל גוטס אָנגענומען, און אויך אפילע -- ער שעמט 
זיך צו זאָגן -- זײַן קרענקלעכע נעטיע צו כאלוימעס, וועלכע האָט אים דאָ 
צוגעדינט, 

-- כאלוימעס! 

-- יאָ, יענע, װאָס האָבן אים אלעמאָל זײַן פרומע װעלט געשראָקן, 
װײַל װאָס ער האָט זיך דעמלט אײַנגעשאפט און דערװאָרבן מיט גרויס 
מי באטאָג, האָבן יענע אים באנאכט צעשלעפּט און צעטראָגן, איבערגע- 
קערט און צו נישט געמאכט; דאָס, װאָס ער האָט באטאָג פון זיך מיט 
שטעקנס געטריבן, האָט ער באנאכט געמוזט זיך זען דערמיט אין דער נאָ- 
ענט; דאָס, פון וועלכן ער האָט זיך געהאלטן אף מײַלן, האָט אים באנאכט 
אין בעט באזוכט און אים שווייס געבראכט... 

-- קיין טעג און נעכט װאָלטן אים ניט קלעקן, ווען ער זאָל װעלן לענ- 
גער וועגן זיי דערציילן, נאָר אויב זיי, יאָסעלע מיט זײַן קאָמפּאניע, ווילן, 
וועט ער זיי נאַר איינעם א לעצטן, אלס בײַשפּיל, ברענגען, אדאנק וועלכן 
ער, מיכל, װאָס איז שוין דעמלט אליין געהאט געקומען צו דעם, בא װאָס 
ער האלט איצטער, האָט דערצו נאָך געקראָגן א װוּנק און א שטויס פון 
אויסן. 

-- זיי ווילן, אדעראבע, -- האָבן יאָסעלע מיט זײַן קאָמפּאניע מאסקים 
געווען און האָבן דערבײַ זיך איבערגעװוּנקען: קעדײַ, הייסט עס... ערשטנס, 
אליין צוליב נײַגיר, און צווייטנס, קעדיי צו האָבן א מער זיכערן שליסל צו 
אים, צו אָט דעם מיכלען, 

-- זאָל ער, ביטע, -- האָט מען אים געזאָגט. 

און אזויווי מיכל איז שוין ארײַן אין זײַן געוויינלעכן ווידע-ראש און, 
װי פאר מער היימישע, מער לויפיק לאָשן געקראָגן, האָט ער דערום אויך 
גלײַך גענומען דערציילן אָן אָפּהאלט: 

-- ער האָט איינמאָל געזען דעם באלדאָװוער אין כאָלעם -- א הויכן, 
לאנגן, דארן, מיט שטארק שמאָלע פיס און, װי אים האָט געדאכט, מיט צִי- 
גענע טלאָען. דאָס פּאָנעם האָט אים געלויכטן, װי ער װאָלט געהאט אונטער 
דער הויט א לאמטערן, די אויגן שמאָל, לענגלעך און שארף-געשניטן בא 
די עקן, און אויך אינמיטן האָבן זיי ארויסגעקוקט, װי נאָר דורך שפּאלטן. 

ער האָט מיכלען א װונק געטאָן, ער זאָל מיט אים מיטגיין. ער האָט 
דערבײַ קיין װאָרט נישט געזאָגט, נאָר מיט א שפּאלט פון איינעם אן אויג 
א מאך געטאָן. מיכל האָט געװאָלט זיך ניט זעעענדיק מאכן. דעמלט האָט 
אים יענער א ריר געטאָן מיט א פינגער, און יענער ריר, האָט זיך מיכלען 


424 


געדאכט, איז געווען אי װי פון אײַז, אי װוי פון אײַזן, אי אויך וי פון עפּעס 
א ברענענדיקן שטאָף, װאָס בריט מער פון פּײַער. פארשטאנען, אז װערן 
זיך װעט דאָ ניט העלפן און אז סאָפּקאָלסאָף װעט ער זײַן געצװוּנגען צו 
פאָלגן, האָט ער זיך אופגעהויבן פון זײַן אָרט, װוּ ער איז געזעסן אָדער 
געלעגן -- ער געדענקט שוין נישט -- און איז מיטגעגאנגען. 

דעמלט האָט אים יענער ארײַנגעבראכט אין א הויך געבײַ, װאָס האָט 
געקלונגען מיט כאָלעל און מיט קיינמאָל נישט באווינטן, און װאָס האָט 
אויסגעזען װי א טעמפּל, געווידמעט אליין טאקע דעם כאָלעל. און אָט 
דאַרט האָט זיך ערשט יענעמס לענג אין זײַן גאנצער גרייס באוויזן. אז ער 
איז אהין ארײַן, האָט ער נאָר ביז דער העלפט דערגרייכט, אָבער װאָס װײַ- 
טער, האָט שוין זײַן קאָפּ ביז צו דער סטעליע דערלאנגט. און דאָרט, פון 
דער הייך אראָפּ, האָט זיך זײַן קאָל דערהערט, א באפעל! און מיטאמאָל 
האָבן זיך גענומען װײַזן שראָצים, שפּינען, פליגן, פלעדערמײַז -- פליענ- 
דיק, פּויזענדיק און קריכנדיק -- אף די װוענט, אפן דיל, ביז דער סטעליע 
ארוף, און גרויסע מאסן אָנגעזעצט און איינס אפן אנדערן אָנגעוואלגערט... 
און אלע מיטאמאָל, אז זי האָבן דערזען יענעמס פּאָנעם זיך לויכטן, אזוי 
האָבן זיי גענומען קריכן, פּױיזען, דראפּען זיך און קלעטערן צו אים, און 
װוי קינדער בא א פאָטער, און װי קנעכט בא א האר -- האר-פאָטערלעכע 
ליבע בא אים פאָדערן: ,, אוי, האר, אוי, פאָטער אונדזערער"?. 

און מיטאמאָל האָט אויך מיכלען יענעמס ליבע זיך פארװאָלט, און אויך 
אים האָט אָנגענומען א כיישעק פאר אים צו קניען און צו קריכן. ער האָט 
זיך באלד טאקע --וויי-וויי ---אף די קני אראָפּגעלאָזט און צוזאמען מיט 
די שורשענדיקע שראָצים זײַנע הענט געשטרעקט און צו אים זיך געצויגן. 

און ווידעראמאָל האָט זיך יענעמס קאָל דערהערט: 

-- שטיי אוף, דו אָרעמער באל-זויכע; װוויל דיר, װאָס האָסט באקומען 
באגערט פאר מיר צו קנ;ען.. און דערפאר װועסטו באגליקט זײַן צו זען, 
אז ניט אומזיסט האָסט זיך פאר מיר פריִער געשראָקן און דערנאָך מיך ליב 
געקראָגן. 

און דאָ האָט יענער מיט א פוס א טופּע געטאָן, און די סטעליע פון 
יענעם געבײַ האָט זיך אזוי הויך אופגעהויבן, אז ס'איז זי מיטן אויג ניט 
געווען צו דערלאנגען. און אז ער, מיכל, האָט נאָך גרויס אָנשטרענגונג, 
מיט פאריסענעם קאָפּ, דאָך אהין דערלאנגט, אזוי האָט ער דערזען, וי 
יענער האָט שוין מיטן קאָפּ דאָרט אָנגעשפּארט, און װוי איבער זײַן קאָפּ, אין 
א האלבער פײַעריקער ראַד, וי א האלבע פײַעריקע קרוין, האָבן פײַעריקע 
אויסיעס אראָפּגעלױכטן, װאָס אז מיכל האָט זיך אין זיי אײַנגעקוקט, האָט 
ער איבערגעלייענט: , אנכי ה' אלהיך...?: אז ער האָט זיך נאָך מער אייַנ- 
געקוקט, האָט ער צװישן די װערטער, אין האלבע לעװאָנעס ארײַנגע- 
שטעלטע, דערזען נאָך איינס א װאָרט, װאָס צוזאמען מיט די פריערדיקע 
האָט איצט אויסגעזען אזוי: , אנכי (הס"מ)? ה' אלהיך...? 


נ!אָנויכי אדוינאָי עלויעכאָ -- איך, דײַן האר גאָט ? סא ם, 
ס א מ אָ יי ל-- דער בייזער מאלעך, דער וועלט-יפארדארבער. 


מיכל האָט זיך אופגעכאפּט א דערשראָקענער און אין שווייס... ער איז 
אַבער באלד װוידער אנשלאָפן געװאָרן, און דעמלט האָט ער ווידער יענעם, 
דעם באלדאָווער, דערזען: אָבער שוין נישט אינעם טעמפּל צום כאָלעל 
געווידמעט, נאָר גאָר אף א ברעג יאם, אף א הויך-שפּיציקן פעלדז, װוּ ער 
איז געזעסן אף דער סאמע הייך, מיטן פּאָנעם אין א שפּיציכיקער קני אָנ- 
געשפּארט, און האָט אויסגעזען אָדער וי איינער, װאָס זײַן וועלט איז אים 
אונטערגעגאנגען און װאָס אָט באלד-באלד דארף ער זיך פון דער הייך אין 
וואסער ווארפן, אָדער וי עפּעס אן איבערגעלאָדענער כאָכעם, א מין טרוי- 
עריקער געזעצגעבער, װאָס דענקט צו באזאָרגן אלע וועלטן, אף אלע צײַטן, 
אף וויפל ער זעט זיי פאָרויס, מיטן סאמע העכסטן, סאמע צוגעקליבענעם 
און סאמע טרעפלעכסטן געזעץ, װאָס זאָל אויסדריקן דעם סאמע איקער אין 
סאמע געקירצטע זאצן, 

-- אנכי ה' אלהיך... -- האָט מיכל, אונטערקומענדיק, פון יענעמס מויל 
אויסרעדן דערהערט. -- איך זיץ דאָ שוין לאנג און טראכט פון געבאָט 
פון אלע געבאָטן, פון ערשטן און גרעסטן, װאָס מוז אין גרונט פון אלע 
גליײיביקע גרונטן אוועקגעלייגט װערן. איך טראכט: װער קאָן דאָס זאָגן; 
,איך -- דער האר, דער מוישל, דער הערשער אף זיך און אף אלעמען"? 
צי נאַר טאקע דער, װאָס מע זאָגט אף אים, אז ער אליין האָט אלץ באשאפן 
און ער פארלײַדט ניט קיין שוטעף צו זיך; צי אויך דער, וועמען מיכל האָט 
נאַרװאָס געזען, דער באלדאָװער, װאָס ער האלט זיך יאָ פאר א שוטעף, א 
גלײַכבארעכטיקטער מיט יענעם, מיט וועמען ער שטרײַט און קעמפט, און 
װאָס װויל אויך א כיילעק אין יענעמס מאכט, װײַל ער האלט, אז ס'קומט 
אים... צי עפשער גאָר זײַנען אלע בארעכטיקט, אלע -- מאכטהאָבער, װײַל 
קיינער קיינעם האָט געשאפן, װײַל אלע זײַנען זעלבסטבאשאפן, קאָלזמאן 
זי זײַנען דאָ און האָבן דעם ווילן און די פײיַקײַט אויסצודריקן זייער ווילן 
און זאָגן: ,איך בין איך, װער איך זאָל ניט זײַן, צי גרויס, צי קליין, צִי 
מינדסט, צי פּיצל... איך --- אליין מײַן שעפער, מײַן גאָט, מײַן האר, מײַן 
הײפּעך, מײַן צעשטערער און מײַן געזעצגעבער". 

-- און אָט, צו אָט דעם לעצטן געדאנק בין איך לעצטנס, נאָך לאנגער 
מי, געקומען און װויל זיך מיט אים טיילן, און װיל אים מאכן פאר אלע- 
מענס געדאנק. און איצט, אז דו (מיכל, הייסט עס) ביסט דאָ, און כ'זע, אז 
דו נעמסט אים אָן און ביסט גרייט אים צו גיין פּרײידיקן פאר אלעמען, 
אזוי האָב איך דאָ מער ניט װאָס צו טאָן; מײַנע אויגן זײַנען מיד פון 
צו קוקן, מײַן געזעס -- פון צו זיצן, און איך פארלאָז מײַן אָרט.. און 
אַט... 

און דאָ האָט יענער מיטאמאָל פון פעלדז אין יאם א שפּרונג געטאָן, װי 
הויך און לאנג ער איז, איז אהין ארײַן, אראָפּ, און באלד האָט ער מיט אן 
עק, װי א פיש, א פּאטש געטאָן און איז פארשווונדן... 

-- אז ער האָט זיך אופגעכאפּט, -- האָט מיכל פאָרגעזעצט, -- האָט אים 
אונטערן הארץ געקילט. ער איז געלעגן װי געליימט. און כאָטש ער 
האָט געװוּסט, אז כאָלעם בלײַבט כאָלעם, דאָך האָט אים דער געדאנק גע- 
עגבערט. 


226 


ער האָט די ערשטע צײַט געציטערט, וי געזאָגט, צו פארבלײַבן אליין, 
אָן א באלעבאָס, אָן א האר, אָן א מוישל, אָן א באשערער אף דער װעלט; 
אָבער, פון דער אנדערער זײַט, אז ער האָט זיך דערמאָנט, וי גליקלעך איז 
דער, װאָס קאָן זיך זאָגן: ,ביסט אליין דײַן שעפער", -- אָט דעמלט האָט 
ער זיך אויך דערמאָנט, אז דער, װאָס האָט אים אופגעגעבן דעם געדאנק, 
איז ניט אײינער; אז אין ספאָרים האָט ער זיך מיט אים שוין, װוּיניט-ווּ, 
אָנגעשלאָגן ערגעץ בא ניט-ייַדישע גדוילים און אויך בא יאָייִדישע, וועלכע 
האלטן, אז די בריע און דער בוירע איז הײַנעיהאך, דה. אז אלץ, װאָס 
איז געשאפן, און דער שעפער אליין איז איינס און דאָס זעלבע, און אויב 
אזוי, איז דאָס אלץ, װאָס װערט צוגעשריבן און פארעכנט פאר גאָטס 
גרױיסקײַט און װוּנדער, קאָן יעדערער פארעכענען און צושרײַבן זיך אליין, 
װײַל ער איז אליין א װוּנדער. 

-- יאָ, און בא אָט דעם געדאנק האָט ער זיך פעסט אָנגעכאפּט, מיכל. 
ער האָט זיך אין אים אָנגעקלאמערט, און ער פילט, אז ניט נאָר ער אליין 
איז איבערפולט פון אים, נאָר אז ער איז בעקויעך אויך אנדערע אים מאכן 
פילן, מ'זאָל זיך אים אײַנשאפן, וי אן אייגענעם. 

ער האָט זיך אונטערגענומען אים דערקלערן אין א סייפער, װאָס ער 
שרײַבט, מיטן נאָמען ,השגות על הרמב'ם"!, אין וועלכן ער טרעט ארויס 
קעגן מײַמען, װאָס קריגט מיט אריסטון? -- פארװאָס יענער האלט, אז די 
וועלט איז א קאדמוין, דאָס הייסט, אז זי איז נישט געשאפן פון קיינעם, 
נאָר אז זי לעבט און איז פאראן, אזוי װוי זי איז, שוין פון אײיביק -- 
אײיביק... דאָס איז א גוואלדיקער איקער, און גיט זיך אים נאָר אײַן צו 
באװײַזן דאָס גערעכט פון אריסטון (און אז ס'וועט זיך אים אײַנגעבן, איז 
מיכל זיכער), אזוי פאלט שוין בעמיילע דער גאנצער שטרויענער ביניען 
פון די קלוימערשטע געבאָטן און פארבאָטן, פון מיצוועס און אוויירעס, פון 
סכאר און אוינעש, און מ'פארשפּאָרט זיך שוין מאטערן איבער אלע יענע 
סטירעס און װידערשפּרוכן, וועלכע דרינגען ארויס פון דער ביז אהער 
אַנגענומענער פעלערהאפטער דייע, וועלכע האלט ניט, װי אריסטו, וי די 
פראגע וועגן יעדיַע און בכירע, און נאָך און נאָך, װאָס ניט איין גײַסטיקע 
פליג איז אין יענעם שפּינװעבס א טויטע און אן אויסגעזויגענע ליגן גע- 
בליבן, און װאָס ניט איין גוטער קאָפּ האָט זיך אין יענע סטירע-ווענט ביז 
בלוט צעשלאָגן... אויס מיט דעם! 

-- און ער, מיכל, -- האָט ער װײַטער פאָרגעזעצט, -- האָט זיך גע- 
נומען פאר יענעם סייפער ערנסט. ער טוט שוין אין דעם לאנג און איז שוין 
װײַט אוועק, און ער האָפט, אז גאָר אינגיכן װעט ער זײַן מיט אים אף א 
גוטן דערעך -- צו אלעמענס ווויל און גײַסטיקער גענעזונג. אָמײן, האלע- 
װײַ... -- האָט ער פארענדיקט אי א ביסל באשיידן, אי מיט א שמייכל פון 
ניצאָכן, װאָס ס'האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו קומען פאר די, צו וועלכע 


1 דערווידערונגען קעגן ראמבאם, קעגן דעם בארימטן ייִַדישן פילאָסאָף, װאָס 
האָט געלעבט אינעם || יה; ? אריסטו, געמיינט: אריסטאָטעלעס, דעם בארימטן 
גריכישן פילאָסאָף. 


427 


ס'האָט אים געצויגן, און ארויסצוברענגען דאָס, װאָס ער האָט געטראָגן בא 
זיך לאנג אויסבאהאלטן... 

דעמלט האָט מיכלס ניצאָכן-געפיל זיך אויך יאָסעלען מיט זײַן קאָמפּא- 
ניע איבערגעגעבן. זי האָבן א טייל פונעם ניצאָכן גענומען אויך אף זייער 
כעזשבן און פארעכנט פאר זייער אופקלערערישן פארדינסט... מע איז גע- 
ווען אופגעלייגט. מע האָט נאָענט זיך א לאָז געטאָן צו מיכלען, אים 
ענגער אין דער כעוורע ארײַנגענומען, און שוין װי בא א שטיק אייגע- 
נעם זיך גענומען דערפרעגן בא אים, ער ער איז איצט, װאָס איז ער 
פריִער געווען און װאָס איז זײַן באשעפטיקונג. און דערוף, אף אלע די 
פראגעס, האָט מיכל אָפּגעענטפערט שוין גאָר באשיידן און מיט אן אקסל 
אוועקמאכן, װי מע זאָל אים פרעגן וועגן זאכן, װאָס האָבן ניט קיין שײַכעס 
צום איניען: 

-- אייסעך, װאָס איז די נאפקעמינע? ער איז א מעלאמעד; לערנט מיט 
קינדער און האָט קיין פּארנאָסע ניט: קנעלט און לעבט אין דאכקעס, װײַל 
ער איז שוין לאנג פארשעמט פאר אזא, װאָס איבעריק גערן האָט מען אים 
קיינמאָל ניט געהאט, ביפראט די לעצטע צײַט, ווען ער איז געווען א שטיק 
ראָש און אָנפירער בא די בראסלעווער... אָבער ס'מאכט נישט... מע קומט 
אויס,. מע שלאָגט זיך דורך... דער איקער איז ניט דאָס. דער איקער איז, 
װאָס ער איז איצט דאָ, ארויסגעקומען און באפרײַט פון אן ערגערן מין 
דאכקעס... 

דערבײַ האָט מיכל די אויגן אופגעהויבן און גענומען באטראכטן די 
ניט-ייַדישע שטוב. מע האָט געזען, אז ס'טוט אים האנאָע די נײַע לופט -- 
דער ערדענער פּאָל, די געװײַסטע ווענט און באלעק און אויך די האלב- 
פארוויאנעטע פּויערשע און פּראָסטע גאָרטן-בלומען, און אויך יאָסעלע 
מיט זײַן קאָמפּאניע, האָט מען געזען, האָבן אים געפרייט, און קוקנדיק 
אף זי און אף זייער יוגנטלעכקײַט, איז אויך ער אליין, װי עטװאָס יינגער 
געװאָרן, און װי ער װאָלט אראַפּנעשאָקלט א געוויסע צאָל יאָרן פון זײַנע 
פּלייצעס. 

אז מע האָט אים געבעטן זיך זעצן, האָט ער געזאָגט: ניין, ער האָט 
נאָך װוּ צו גיין און עפּעס אָפּצוטאָן. און אז מע האָט זיך ארומגעקוקט און 
דערזען, אז די גאנצע צײַט איז ער געשטאנען און געהאלטן דעם טאלעס 
אונטערן אָרעם, און אז מע האָט אים געפרעגט: צו װאָס דער טאלעס! דאַָ 
דארף ער אים דאָך ניט, און אין שול איז ער. ניט געגאנגען, און ווען יאָ, 
געברויכט מען דאָך פרײַטיקצונאכטס אויך אין שול ניט קיין טאלעס?-- 
האָט ער געענטפערט, און בעשאס-מײַסע זיך אליין אונטערן אָרעם ארונ- 
טערגעקוקט, גלײַך ער האָט אים ביז אהער אליין נישט באמערקט: 

-- הא, דעם טאלעס? יאָ, ער דארף אים אויך צום גאנג.. 

-- צו װאָס? --האָט מען בא אים נאָכאמאָל געפרעגט. 

-- צו װאָס? -- האָט ער געשמייכלט, און דערבײַ האָט מען געזען, אז 
ער וויל עפּעס ניט דערזאָגן: -- צוליב א געוויסער זאך, װאָס אָדער יאָסעלע 
מיט זײַן קאָמפּאניע װעלן זיך שפּעטער פון אים דערוויסן, אָדער, אויב 
ניט, מאכט אויך ניט אויס, מיט איין װאָרט, ער דארף אים... 


4228 


...מיר װעלן ניט דערציילן, װי לאנג מיכל האָט זיך דערנאָך נאָך בא 
יאַסעלען פארהאלטן און וועגן װאָס סזײַנען װײַטער געגאנגען די רייד. 
מירן נאָר זאָגן, אז װען דער שמועס מיט אים האָט זיך פארענדיקט און 
מ'האָט געזען, אז מיכל קלײַבט זיך שוין די שטוב פארלאָזן, אזוי האָבן 
זיך אלע מיט אים מיטגעלאָזט, -- וער ס'האָט אים נאָר ביז דער טיר בא- 
גלייט, און יאָסעלע אליין איז ארויס מיט אים אויך אויסער דער טיר, אויך 
פון די טרעפּ פון גאנעקל אראָפּ. ער האָט אים אויך דורכגעפירט דורכן 
גאנצן הויף, אז די הינט, װאָס ווערן אָפּגעלאָזט אף באנאכט, זאָלן אף אים 
ניט אָנפאלן. און אז זיי זײַנען צוגעקומען צו דער פאָרטקע פון הויף, האָט 
יאָסעלע, איידער ער האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט מיכלען, אים געבעטן, ער 
זאָל זיך פון הײַנט אָן װאָס אָפּטער צו אים װײַזן, זײַן שטוב איז פאר אים, 
פארשטענדלעך, אָפן, און ער װעט אלעמאָל זײַן א גאסט אן אָנגעלײגטער, 

מירן דאָ אויך ניט דערציילן, ויאזוי מיכלס װײַב האָט יענעם פרל- 
טיקצונאכטס געווארט אף אים, נאָך דעם, װוי ער האָט פארן אוועקגיין פאר- 
נאכט די געוויסע מײַסע אָפּגעטאָן --די ליכט אױסגעלאָשן. מירן ווידער 
נאָר זאָגן, אז ווען מיכל איז ארויס פון יאָסעלעס שטוב, איז שוין אין 
דרויסן רעכט פינצטער געווען, נישט נאָר אין די ניט-ייַדישע גאסן, פוג- 
וואנען ער האָט זיך ארױיסגעלאָזט, נאָר אויך אין די מער באזעצטערע, 
ייַדישע. 

דער אוילעם האָט שוין פון לאנג אָפּגעדאװנט און פון די שולן אוועק. 
אין די פענצטער, װאָס מיט די ניטיפארמאכטע לאָדן, האָט מען געזען, װי 
די שאבעס-ליכט האָבן שוין אף העלפט אויסגעברענט, און דורכן ראָװו 
שוין פארמאכטע לאָדן האָט זיך זייער שײַן ארויסגעזען דורך די שפּאלטן. 

ס'איז געווען שטיל און זעלטן-זעלטן צו באגעגענען א דורכגייער, און 
מיכל האָט דורך אָט דער שטילקײַט מיטן טאלעס אונטערן אָרעם געשפּאנט, 
און זײַן וועג האָט ער אָנגעריכט צום צענטער שטאָט, װוּ דאָס ראָוו שולן 
און קלויזן האָבן זיך געפונען, און װוּ אויך -- די , אָפּענע שול", און װוּ 
אנטקעגן איר, אפן זעלבן פּלאץ, איז געשטאנען רעב דודיס קליין צוויי- 
שטאָקיק מויערל. דער אונטערשטער שטאָק--א האלב קעלערישטוב-- 
אָפּנעגעבן פאר מיילעך דעם לאנגן, פאר רעב דודיס שאמעס, װאָס האָט 
אים באדינט, און אפן צווייטן שטאָק, װאָס מיט די געראמערע און ליכטי- 
קערע צימערן, האָט געוווינט אליין רעב דודי. 


מע דארף דאָ זאָגן: רעב דודי האָט געפֿירט א שטיק מעלוכע, אי 
ערשטנס, װי דער גרעסטער ראָוו אין אזא אָנגעזעענער און גרויס-באפעל- 
קערטער שטאָט, װי א, אי, צווייטנס, נאָך דערצו, אלס עלטסטער פאָרי 
שטייער פון איינער א כסידישער סעקטע, װאָס די היילענדישע ראבייים 
זײַנען איר, אפּאָנעם, געווען קארג, און זי האָט זיך געהאט אירן אן אייגע- 
נעם אין גאליציע, אין טשארטקאָוו, צו וועמען ס'האָבן זיך פארגינט צו 
געהערן נאָר גאָר רײַכע און אויך אזא, װי א רעב דודי, מאכמעס אף צו 
קומען אהין האָט מען געמוזט האָבן אן אויסלענדישן פּאס, װאָס דאָס איז 


429 


שוין ניט פאר יעדערנס קעשענע. און אזויווי אָט דער רעבע האָט געוווינט 
װײַט און קומען פאר אים אָפטער איז געווען נישט גרינג אפילע פאר 
זײַנע פארמעגלעכע אָנהענגער, האָט אים דערום רעב דודי דאָ, אין א, 
פארביטן, װי א מין באפולמעכטיקטער, הען ווען מע האָט אמאָל באדארפט 
אן אייצע, הען א באקאָשע, הען אף קלײַבן מאמאָדעס-געלט --א מין כסי- 
דישער שטײַער, װאָס רעב דודי האָט דאָס אלץ גענומען אף זיך. 

שאבעס האָט רעב דודי געפּראװעט נישט אליין פאר זיך און זײַנע 
בניי-באיס, נאָר טאָמיד מיט א מיניען, אמאָל מער, אלנפאלס ניט װייניקער, 
װאָס איז באשטאנען אָדער בלויז פון שטאָטישע כסידים, אָדער אויך פון 
אייניקע אָנגעפאָרענע ראבאָנים פון פארשיידענע שטעט און שטעטלעך, 
עלטערע, ייִנגערע, וועלכע פלעגן קומען מיט פארשיידענע שײַלעס-אוטשו- 
וועס, ווען זיי האָבן ניט געװאָלט שטעלן אף זיך, ביז זיי װעלן זיך ניט 
האלטן אן אייצע מיט אן עלטערן און געניטערן, מיט אזא, װי רעב דודי. 

באם שאבעסדיקן טיש, װי ביכלאל אום שאבעס, איז רעב דודי געווען 
אין א שטרײַמל, באברעמט מיט סויבל: ראבאָנים און אנדערע -- אין מיצ- 
לעך, מיט סאמעטענע דענעקעס און אויך מיט פוטער, אָבער מיט פוקס און 
ניט מיט סויבל. 

צוליב דער פרײַטיקיצונאכטיקער סודע האָט מען דעם טיש אלעמאָל 
אינגאנצן צערוקט, אזוי אז ער האָט פארנומען פון וואנט צו וואנט קימאט 
די גאנצע לענג פון צימער. רעב דודי אליין -- אױיבנאָן, די רעבעצן מיט 
דער שנור -- אין דער אנטקעגניבערדיקער זײַט, און טאָמיד האָבן דעם טיש 
דעמלט באדינט, אויסער די דינסטן און די רעבעצן, אויך מיילעך דער 
לאנגער, רעב דודיס מעשאָרעס. 

אויך דאָס מאָל איז בא רעב דודיס טיש אריבער א מיניען אויסגעזעצט. 
ס'האָבן אויך דאָס מאָל אייניקע פון דער פרעמד אָנגעפאָרענע ראבאָנים 
ניט געפעלט --אזוי, אז דער שטאט האָט אויסגעזען א בעקאָװעדיקער, 
א געהויבענער און זייער פײַערלעכער. 

רעב דודי האָט בייס דער סודע װײניק גערעדט, ביפראט אום שאבעס, 
און מאכמעס דערעכערעץ פאר אים האָבן אויך אנדערע די ווערטער גע- 
שפּאָרט. דעם טיש האָבן באלויכטן הויכע זילבערנע לײַכטער מיט די 
בענטש-ליכט. און אויך א הענגלאָמפּ --אלץ, װי ס'געהער צו זײַן, און װי 
בא אזא, װי רעב דודי, פאָדערט זיך צו שאבעס. 

מע האָט שוין געהאלטן נאָך די ערשטע מײַכאָלים, און פּלוצעם האָט 
זיך דערהערט פון קיך, װוּהין ס'פירט די טיר פון דרויסן, עפּעס א קרי- 
געריש קאָל פון מיילעך דעם לאנגן, פון די דינסטן און, דאכט זיך, נאָך 
פון עפּעס עמעצן א פרעמדן... דאָס האָט מיכל בוקיער געעפנט די טיר אין 
קיך ארײַן, און אז מיילעך דער לאנגער, װאָס האָט זיך גראָד דעמלט אין 
קיך געפונען צוליב זײַן באדין-מעלאָכע, האָט אים באגעגנט און געפרעגט 
בא אים, װאָס ער דארף, און האָט באקומען אן ענטפער, אז צו רעב דו- 
דין, -- האָט ער אים דעם וועג פארשטעלט, אים צוריקגעשטויסן, שרײַענ- 
דיק: ,,שאבעס! דער ראָוו איז פארנומען! דער ראָוו עסט! זאָל ער גיין און 
קומען אן אנדערש מאָל?, 


77* 230 





ׂ 


ס'האָט אָבער, װײַזט אויס, ניט געהאָלפן דעם שאמעס' געשריי, און 
יענער, װאָס איז ארײַן אין קיך, האָט -- צי מיט כוצפּע, צי מיט אקשאָנעס, 
צי מיט ביידע איניינעם --דעם שאמעס פון וועג אָפּגעשארט און קעגן זײַן 
ווילן צו דער שװועל פון עסצימער צוגעקומען. 

-- גוטן-אָװנט! -- האָט זיך דערהערט א קאָל פון שװועל אראָפּ. און אלע 
באם טיש זיצנדיקע, אויך רעב דודי אליין, האָבן גענומען באטראכטן דעם 
פּארשוין, פון וועמען דאָס קאָל איז געקומען. 

-- גוטן-אָװונט?! -- האָט מען זיך פארװוּנדערט, דערזעענדיק עפּעס א 
ילדן מיט א טאלעס אונטערן אָרעם. -- אי, נו... גוטישאבעס! -- האָט מען 
אלע צוזאמען אים גענומען אויספאריכטן, מיינענדיק, אז ער האָט זיך 
פארגעסן, געגרײַזט און דערום נישט דאָס ריכטיקע ארויסגעבראכט. 

-- שאבסאָ טאָװאָ, -- האָבן עלטערע ראבאָנים אים אונטערגעזאָגט גאָר 
אן אלטן העברעיַשן װוּנטש, װאָס געהער צו שאבעס. 

-- א גוטן-אָװונט!-- האָט אָבער מיכל ווידעראמאָל דאָס זעלבע איבער- 
געכאזערט, און מ'האָט געזען, אז דאָס איז שוין ניט פון פארגעסן, נאָר מיט 
א באװוּסטן מיין און קאלטן צולאָכעס, װאָס קיינער האָט זיך די ערשטע 
מינוטן נישט געקאָנט דערקלערן, פונוואנען נעמט זיך אזא זאך צו א ייַדן, 
צו א מענטשן מיט א טאלעס אונטערן אָרעם, װאָס קומט שאבעס צו דער 
סודע אין א ראָווס שטוב, ביפראט צו אזא ראָװו, װי רעב דודי, 

-- שיקער! 

-- מעשוגע! 

-- יאָצאָ מין האדאאס?. 

-- אוואריאָן?. -- האָבן זיך דערהערט אויסגעשרייען פון אלע די, װאָס 
זײַנען באם טיש געזעסן און אין דער סודע אָנטײל גענומען, 

-- װאָס האָט ער געװאָלט, דער ייַד! -- האָט זיך די רעבעצן פון בענקל 
אופגעהויבן און איז מיכלען אנטקעגן געגאנגען, װײַל זי האָט געזען, אז 
עפּעס איז דער באזוך נישט קיין געוויינלעכער, און דער באזוכער איז 
אַדער באטרונקען, אָדער, װי אנדערע האָבן געװאָלט און האָבן אויסגע- 
שריגן: מעשוגע. 

-- כ'האָב געדארפט צום ראָוו, צו רעב דודין, 

-- איצט? שאבעס? צו דער סודע?--האָט די רעבעצן א פרעג געטאָן 
בייז, 

-- בא וועמען ס'איז שאבעס און בא ועמען -- ניט! -- האָט מיכל 
געענטפערט. 

-- װאָס הייסט? איז װאָס זשע איזן בא אים איצט? יאָמטע אף דער 
װאָך? אָדער, כאָלילע, כאָגע? 

-- אי... נו... װאָס האָט ער געװאָלט? -- האָט רעב דודי פון דער קעגני- 
בערדיקער זײַט טיש, פונעם אױבנאָן אריבערדערלאנגט זײַן שוואכלעך- 
עלטערלעכע שטים צו דער רעבעצן. -- פרעג, װאָס װיל ער, װאָס דארף ער. 

דעמאָלט האָט זיך מיכל אָפּגעטײלט פון זײַן אָרט בא דער שוועל, װאָס 


: גערירט פון זינען; ? זינדיקער. 


221 


ער האָט פארנומען, איז ארײַן אין צימער און האָט זיך נעענטער, נעענטער 
צו רעב דודיס אױבנאָן אונטערגערוקט, און צוגעקומען אהין, האָט ער זיך 
געווענדט ניט צו קיינעם, נאָר אליין טאקע צו רעב דודין. 

-- כ'בין אײַך געקומען זאָגן, אז כ'גיי ארויס פון קלאל... 

-- פון װאָסער קלאל? 

-- פון אײַערן און פון אלע די, װאָס זיצן דאָ באם טיש אויסגעזעצט, 
צו וועמען זי טוען געהערן... און אָט האָב איך דאָ מײַן טאלעס געבראכט, 
פון וועלכן איך זאָג זיך אָפּ אי בעכאיײַ -- בייס איך לעב, הען בעמויסי, דה. 
אז איך װעל שטארבן, װויל איך ניט, מע זאָל מיך אין אים באגראָבן.. 

א דונער!.. יאָ, א דונער, ווען ער טרעפט אין א מיטן העלן טאָג, װאָלט 
ער ניט אזוי איבעראשט, וי די װוערטער, װאָס אָט דער ייַָד, אָט דער 
מענטש, האָט ארויסגעבראכט בא א ראָוו, ביפראט בא אזא ראָוו, װי רעב 
דודי, אום פרײַטיקצונאכטס בא דער סודע, פאר אזא איידע ייִדן און פאר 
שאבעס-ליכט און לאָמפּן... 

-- הא, װאָס? װאָס האָט ער געזאָגט?-- האָט רעב דודי וי ניט אײַנגע- 
הערט אָדער ניט באנומען דאָס געהערטע. 

-- ראָשע! -- האָט זיך באלד פון אן עלטערן בייזלעכן ראָוו ארויסגעריסן 
אן אויסגעשריי. 

-- אוי לאזנים שכך שומעות!! -- פון א צװײַטן, 

-- מ'דארף קריַע רײַסן -- פון א דריטן. 

-- דול און פון זינען! -- פון א פערטן. 

-- ירבעם בן נבט, עוכר ישראל! אין כיירעם! בגזרת נחש?, -- האָבן זיך 
פון פארשיידענע מײַלער דערהערט ווערטער, װאָס מע הערט זי זעלטן, 
ביפראט אום שאבעס. 

-- אײַ, אײַ, װאָס טוט זיך דאָ? װוער האָט אים ארײַנגעלאָזט?--האָט 
זיך דעם ראָווס שנור צעגוואלדעוועט. -- מיילעך! װוּ איז מיילעך? זאָל 
ער אים ארויסווארפן! 

-- ארויס! ארויס! פארװאָס קומט אונדז דעם שאבעס פארשטערן?-- 
האָט אויך די רעבעצן פון איר זײַט אונטערגעהאלטן. 

דעמלט האָט שוין מיילעך, װאָס פריַער, בא דער באגעגעניש מיט מיכ- 
לען אפן קיך, האָט ער אים ניט געקאָנט בײַשטײן--איצט, ווען ער איז 
אופגעפאָדערט געװאָרן צו זײַן שאמעס- און באדין-מעלאָכע, -- זיך אָנגע- 
נומען מיט קויעך און האָט זיך צו אים א לאָז געטאָן. ער האָט אים גע- 
װאָלט אָנעמען פאר אן ארבל אָדער פארן קאָלנער און אים ארויסשלעפּן. 
מיכל אָבער האָט זיך ניט געלאָזט: ער האָט אזא קוק געטאָן אף מיילעכן, 
אז זײַן אויסגעשטרעקטע האנט איז געבליבן הענגען, װי א פארקילטע. 
און איידער מיכל האָט באשטימט אליין ארויסגיין, האָט ער אפריַער אפיר- 
גענומען זײַן טאלעס פון אונטערן אָרעם, און נאָכדעם, װי ער האָט אָפּגע- 
זוכט א פרײַ אָרט אפן טיש און אים אוועקגעלייגט, האָט ער ערשט דעמלט 


: וויי די אויערן, װאָס הערן אזוינס; ? צונעמען פאר אן אפּיקױרעס, וועמען 
מע דארף ארײַנלײיגן אין כיירעם. 


27--9 232 


זיך אויסגעקערעוועט, און באגלייט פון די װילדידערשראָקענע בליקן פון 
אלֶע די, װאָס זײַנען באם טיש געזעסן, איז ער ארויס פון צימער און צום 
קיך און צום דרויסן זיך געלאָזט... 

מיר װעלן ניט זאָגן, װיאזוי מיכלס טאלעס איז דעמלט אף רעב דודיס 
טיש א פארשעמטער ליגן געבליבן, און װי בא אלע האָט דערנאָך װי די 
צונג אָפּגענומען, און מ'האָט ניט געקאָנט ארויסברענגען גאָרניט. 

מיר װעלן אויך ניט זאָגן, װיַאזוי יענע פרײַטיקצונאכטיקע סודע האָט 
זיך געענדיקט, און ויַאזוי אלעמען איז שוין דערנאָך דאָס עסן ניט אײַג- 
געגאנגען, און נאָר לעקאָװעד שאבעס האָט מען זיך געמאכט, וי מ'עסט, 
כאָטש מ'האָט געפילט װוי שטיינדלעך אונטער דער צונג. 

מירן נישט זאָגן אויך וועגן דעם, ויאזוי מיכל בוקיַער איז דעמלט 
דורך דער ליײידיקער שול-גאס אוועק אין זײַן אייגענער, װוּ קיינע דורכ- 
גײיער האָבן זיך אים שוין אוואדע ניט באגעגנט, און ויַאזוי ער איז גע- 
קומען צו זײַן היים, צו זײַן שטוב, װוּ ער האָט געטראָפן די טיר אָפן, 
נאָר א קליין לעמפּעלע, אָן שאבעס-ליכט, האָט געצאנקט, און ויָאזוי די 
גאנצע שטוב האָט אויסגעזען אָװלדיק, און וי קיינער האָט זײַן אָנקומען 
ניט באמערקט, װײַל אלע, סײַ דאָס װײַב, סײַ די קינדער, זײַנען, ווער-ווּ 
אין פארשיידענע ווינקלען, מיט פארטריקנטע טרערן אף די אויגן אײַנ- 
געשלאָפן... מיר װעלן ניט דערציילן, װײַל דאָס אלץ קאָן מען זיך אליין 
פאָרשטעלן. מירן נאָר זאָגן, װאָס מאָרגן אף דער נאכט, שאבעסצונאכטס, 
איז װוידער בא רעב דודין פאַרגעקומען, און וויַאזוי מ'האָט דעמלט גערעדט 
און באהאנדלט דאָס נעכטיקע געשעעניש... 


6 8 8 


יענעם שאבעסצונאכטס האָט זיך צו רעב דודין, װי אלעמאָל, געווייג- 
לעך, א גרעסערער אוילעם צונויפגעקליבן. אכוץ די אָנגעפאָרענע געסט -- 
ראבאָנים פון דער פרעמד, -- האָבן זיך ארײַנגעשטעלט אויך היגע, אויך 
שאָכטים, מענאקרים און ביכלאל קלייקוידעש, װי שול-גאבאָיִם, קאלפי- 
און קאָראָבקע-לײַט און אנדערע. 

ס'האָט זיך דעמלט געוויזן אויך דער גרויס-שטאָטישער גוויר יאנקעוו- 
יאָסי איילבירט, װאָס פלעגט שאבעסצונאכטס, נאָך האװודאָלע, הייסן שפּא- 
נען דאָס האלבע פאעטאָנדל, מיטן הויכן זיץ --א מין בריטשקע, און צו- 
פאָרן צו רעב דודין, אמאָל קעדיי צו באהאנדלען א נייטיקן שטאָט-איניען, 
און אמאָל נאָר קעדיי אויסהערן א ראבאָניש װאָרט, װאָס איז גלײַך צו א 
טוירע, 

ס'איז געווען טומלדיק, די רעבעצן איז שוין האלב-װאָכעדיק געווען 
פארפּאָטיעט אין קיך באם צוגרייטן דעם שאבעסצונאכטיקן באָרשטש און 
אויך אנדערע מײַכאָלים, וי ס'פירט זיך. 

דאָס מאָל האָט זיך רעב דודי געפילט א ביסל שלעכט פונעם נעכטיקן 
אפדערנאכט, און ער האָט זיך הײַנט ניט באנוגנט, װי אלעמאָל, נאָר מיט 
שאבעס-באטאָגיקן שלאָף, נאָר ער איז אויך נאָך האװודאָלע ארײַן צו זיך 
אין אלקער זיך צולייגן. 


233 


אָבער ס'מאכט ניט: דער ראָװו האָט אין אלקער גערוט, און אין שטוב 
האָט זיך דערװײַל שוין דער אוילעם געקליבן. יאנקעװ-יאָסי איילבירט 
איז שוין מיטן האלבן פאעטאָנדל, װאָס מיטן הויכן זיץ, --א מין בריטש- 
קע --געהאט צוגעפאָרן. אויך די שטאָטישע ראבאָנים, שאָכטים אאוו. און 
אויך האָט מען הײַנט צװישן אלע איבעריקע געקאָנט באמערקן א פּאָר 
פּארשוינען, װי יוינע און זכאריע שענקער, װאָס כאָטש אזעלכע איז מען 
אלעמאָל ניט איבעריק גערן, נאָר אזויווי א ראָווס א שטוב אין, אין א 
געוויסן פּראט, א קאָהאָל-שטוב, װאָס שטייט פאר יעדערן אָפן, האָט מען 
דערום אויך פאר אזוינע זי ניט געקאָנט פארשליסן. 

א פּאָר ווערטער וועגן אָט די לעצטע: 

זכאריע האָט געהאלטן זײַן שענק אינמיטן יאטקע-מארק פאר קאצאָווים, 
העקער, מאפשיטים, טרעגער און אנדערע. ער איז געװוען זייער פלינק 
אין האנדל: פלעגט אונטער זײַן פארקויף-טיש אָפּגיסן און שנעל אָנצאפּן 
א גלעזל בראנפן פון פעסל, דערלאנגען דאָס פארבײַסן, גיך, אפן קאָפּ, 
מאכן דעם כעזשבן, און גיך און שנעל באקומען, װאָס ס'קומט אים, ארײַנ- 
לייגן אין קאסע-שופלאָד און, ווען מ'דארף, ארויסגעבן אױסגאָב. 

ער איז אויך שנעל און פלינק געווען בייס שענק- און שטאָט-מאכלױ- 
קעס און קריגערײַען. נאָך איידער דער קעגנער זײַנער, דער, װאָס איז 
ווערט פּעטש, האָט זיך באוויזן ארומקוקן, אזוי האָט ער אים שוין דעם 
ערשטן פלאם אין פּאָנעם דערלאנגט. יענער האָט זיך שוין מיט בלוט 
באוואשן... און אויב יענער איז אויך ניט געווען קיין פּראָמאך און אן אבי- 
װוער און איז אויך מיט פּעטש און מיט קולעקעס אנטקעגן געקומען, אזוי 
האָט זכאריע זיך א לאָז געטאָן מיטן קאָפּ פאָרויס צו יענעמס ברוסט און 
אים אזא זעץ געטאָן, אז יענער האָט גלײַך דאָס גלײַכגעװיכט פארלוירן 
און איז באלד שוין אן אונטערגעבראָכענער און באזיגטער אף דער ערד 
געפאלן. 

דאָס איז זכאריע. 


דער צווייטער, יוינע, שוין אן אנדערער, מער געזעצטער, א געפּאקטער, 
שוין אין די זעכציקער, און אוואדע מיט א יאָר צען עלטער פון זכאריען, 
אָבער דאָס פּאָנעם פון דער װײַסער באָרד ארויס נאָך רויט, קרעפטיק, 
געשפּיקעװעט, און קיין קרענק, האָט מען געזען, האָט אים, זינט ער לעבט, 
ניט דערנומען. 


יענער האָט געהאלטן דעם שענק א ביסל װײַטלעך, אפן וועג, װאָס 
פירט צום בעסוילעם, װאָס אהין פלעגן זיך, אמערסט אין די אָװנטן, 
צונויפגיין העפקער-יונגען, טויבן-לאָזער, קאָרטן-ווארפער, האלבע און 
גאנצע גאנאָווים און ,קייסאָרים?. זי פלעגן זיך דאָרט פילן גאנץ פרײ 
און א שטיק פון זייער העפקער קאָנען אויסברענגען אי אין שטילע גערלי- 
דערײַען וועגן זייערע טונקעלע אסאָקים, אי אויך אין מער אָפענע רייד 
וועגן לינקע ליבעס, וועגן מוידן, װאָס הײַנט-מאָרגן דארפן זיי װערן 
אמען, און וועגן פארשיידענע ,וואסערלעך" און אנדערע מיטלען, װאָס מע 
באנוצט צו ליבע: ויַאזוי מע דארף מיט זיי ,אָפּטאָן?, אז דער צווייטער 


434 


צאד-- דער ,ער" אָדער די , זי"--- זאָל כאפּן דעם שלאק און סע זאָל אים 
אָדער זי ציִען, װי מיט שטריק, ביז קראפּירן. 

בא אים, בא יוינען, האָט מען געשמועסט, איז ביכלאל ניט איבעריק 
קאָשער. מע האָט אמאָל דאָרט געקאָנט אָפּשטעקן א גאנעוו בישטיקע, אז 
קיין פויגל זאָל ניט וויסן, קיין האָן ניט קרייען; װײַל יוינע איז, מיט 
וועמען מע דארף, שטארק געווען צונויפגעלייגט: קלענערע נאטשאל- 
סטווע -- קליין צו באשמירן, בלויז מיט א טרונק בראָנפן און װייניק צו- 
בײַסן, גרעסערע -- ווען מע דארף, אויך א היפּשע מאטבייע אין דער יאד 
ארײַנשטעקן. 

יוינעס שענק האָט אמאָל אויך געשעמט מיט זײַן װײַב, װאָס איז, 
װײַזט אויס, געווען גאָר ניט פון געהויבענעם ייַכעס, אָבער דערפאר א 
װײַב מיט די עמעסע פּאָלעס, מיט די היפּשיגעטאָקטע קליבעס, װאָס אז 
זי האָט א גיי געטאָן אין שענק, האָבן פיל מאנצבלשע הערצער גענומען 
פאָכן און נאָזלעכער -- שווער צו אָטעמען... הײַנט איז זי שוין עלטער, 
האלט זיך אין דער מײַלע, אָבער װוער ס'ויל, קאָן זיך אויך איצט פאָר- 
שטעלן, װי יענע האָט אמאָל א וװעלט געסמאליעט ---אליין שוין דערפון, 
װאָס זי האָט אזא יוינען געקאָנט ארײַנכאפּן. זי האָט אים אף דער וועלט 
נאָר איינעם א זון ארײַנגעבראכט, װאָס איצט, אין דער צײַט, וועגן וועל- 
כער מיר רעדן דאָ, איז ער שוין א גרויסער, א הויכער, איבער די צוואנ- 
ציקער און געראָטן אין דער מוטער; אָבער קיין נאכעס פון אים האָבן 
נישט ביידע --נישט יוינע, נישט דאָס װײַב: װײַל, מעגלעך, איבער דער 
מוטער איז ער שוין גלײַך פון בויך אף דער װעלט געקומען מיט זײַן 
שלאפקײַט, און נאָר יוינעס געזונטע בלוטן האָבן מיטגעהאָלפן, אז בין 
איצט, ביז די צוואנציקער, זאָל זיך דאָס אים ארױיסװײַזן; און מעגלעך 
אויך, אז דער באָכער, דער פּארשוין, איז ערשט, בעשאס ער איז אויסגע- 
וואקסן און האָט זיך אָנגעהױיבן ארומפירן מיט אויסגעלאסענע מוידן, האָט 
ער די שלאפקײַט אליין, מיט אייגענע קענטעניש, דערװאָרבן... װי ס'זאָל 
ניט זײַן, נאָר דער באַכער איז שוין פראנצעוואטע, האָט מען געשמועסט, 
און נאָענטע שכיינים פון זעלבן הויף, װוּ יוינע האָט געװוינט, האָבן פון 
געוויסע סימאָנים געװוּסט אף זיכער און האָבן נעװיַעס געזאָגט, זיך שעפּ- 
טשענדיק, אז אינגיכן װעט ער --יאָ, שוין אויך בלײַבן אָן א נאָז.. 

בעקיצער, יוינע --א מענטש מיט א נאָמען. דערצו נאָך איז ער, אויסער 
שענקער, געווען א שטיק סטאראָסטע אין שטאָט-אופּראװע, און צעך-יונגען, 
באלמעלאָכעס האָבן טאָמיד באדארפט צו אים אָנקומען נאָך פארשיידענע 
א פאר וועלכע ער האָט אלעמאָל זיך געהייסן אין דער האנט ארליג- 
ייגן. 

מע האָט באדארפט זען, װי א יונג פּאָרל, א באלמעלאַכע מיט א דינסט- 
מויד, לעמאָשל, זײַנען פאר אים געקומען, און דער יונג האָט א זאָג גע- 
טאָן: ,רעב יוינע, כ'דארף כופּעישטעלן, כ'דארף א קוויטל צום ראָװו", -- 
האָט מען באדארפט זען, ויאזוי יוינע האָט זיך אוװעקגעשטעלט, די 
הענט ,פּידבאָקאָם!, און צוערשט באטראכט די מױיד פון אויבן ביז 
אראָפּ, אלע אירע אייוורים אָפּגעמאָסטן, און דערנאָך א זאָג געטאָף 


435 


-- װאָסי? װאָס האָט איר אזוי קיין צײַט ניט! װאָס כאפּט אײַך אזוי 
דער רועך אװעק? איר װועט נאָך באװײַזן... -- און דערבײַ פלעגט ער פא- 
רענדיקן מיט אזוינע פּאָר װערטער, אז ניט נאָר דער קאלע-מויד זײַנען 
אלע בלוטן אין פּאָנעם געקומען, נאָר אויך אפילע דער כאָסן, דער באל- 
מעלאָכע-יונג, האָט געמוזט די אויגן פארשעמט צו די שפּיץ שיך אראָפּ- 
לאָזן... דערמיט האָט יוינע געמיינט צו זאָגן, אז מע דארף זיך ניט אײַלן 
מיט קיין אנדערע האנאָעס צו האָבן, ביז, פאר אלעמען, ס'וועט אים זײַן 
רח"ש! ניט געסילעקט װערן. 

צו דעם אלעמען איז יוינע נאָך געווען א סיפּאק, א דרייער בא דער 
טאקסע, בא גאבאָעס, בא פארשיידענע צדאָקע-אנשטאלטן, װי ביקער- 
כוילים, טאלמוד-טוירע אא., װוּ טאָמיד האָט ער געהאט די דייע צו זאָגן 
אונטן-ארום, אויבן-ארום, דורך אלע זײַטן, אדאנק געוויסע אונטערגע- 
קויפטע לײַט און שרײַערס, וועלכע זײַנען שטענדיק געשטאנען פאר אים, 
און אין װאָס פאר א ריכטונג און אין וועמעס אינטערעסן ער האָט זײ 
נייטיק געהאט, אהין האָט ער זיי אָנגעריכט און יענעמס צאד געהייסן 
האלטן. פאר יוינען האָבן זי געשריגן, פאר אים האָבן זיי זיך אײַנגע- 
שטעלט, און װאָס ער האָט געװאָלט, האָבן זיי אויסגעפירט און געפּױעלט 
מיטן שרײיען. 

יוינע איז געווען א נייטיקער מענטש פאר געוויסע לײַט פון קאָהאָל, 
און דערום האָט ער געהאט אײַנגאנג אין אזוינע הײַזער, װאָס װוען ניט 
דאָס, דה. ווען מ'זאָל ניט דארפן צו אים אָנקומען, װאָלט מען אים אהין 
אפילע אף דער שװעל ניט געלאָזט. 

ער האָט שטענדיק, קומענדיק אין אזוינע הײַזער, זיך געהאלטן שטארק 
אַנשטענדיק, די שאבעסדיקע קאפּאָטע פארשפּיליעט אף אלע קנעפּ אפילע 
אינדערװאָכן, און נאָך דעם, װי ער פלעגט ארײַנזופּן די אָנשטענדיקע לופט 
און די לײַטישע רייד פון יענע הײַזער, פלעגט ער באקומען א ליאדע 
אַנדײַטונג, צוליב װאָס ער איז אהין גערופן און אײַנגעלאדן געװאָרן, און 
יוינע האָט זיך שוין דאָס איבעריקע געשטויסן, װײַל קיין פינגער אין מויל 
האָט מען אים ניט באדארפט ארײַנלײיגן, 

ער האָט זיך געלאָזט אויסנוצן פארשיידן: ניט נאָר אין קאמף קעגן א 
נישט-געװוּנטשענעם פאריסענעם באלטאקסע אָדער מיט אן אָפּגעפאָרענעם 
טויגעניכטס א גאבע, נאָר אויך קעגן אלע אנדערע, װער נאָר ס'האָט זיך 
קעגנגעשטעלט קאָהאָל און קאָהאָל האָט אים ניט געװאָלט לײַדן, װי א 
יאָסעלע מאגייפע, װאָס אויך מיט אים האָט זיך שוין יוינע אמאָל געהאט 
פארטשעפּעט... דאָס מאָל אָבער האָט ער שוין שיר שלעכט אָפּגעשניטן 
װײַל יאָסעלע, וי געזאָגט, האָט געהאט א פּען אין דער האנט, נישט נאָר 
פאר פּרעסע, נאָר אויך פאר נאטשאלסטווע, װאָס פאר איר האָט מען גע- 
ציטערט און -- געהאט פאר װאָס... אזוי אז מיט יאָסעלען איז די זאך ניט 
געראָטן. נאָר דערפאר אָבער א װייניקער געפערלעכער, וי יאָסעלע, אזא, 
לאָמיר זאָגן, װי מיכל -- דאָ איז שוין עפּעס אנדערש, דאָ איז קיין געפאר, 


1 ר ח"ש -- ראבאָנים-כאזאָנים-שאמאָסים-געלט, הייסט עס. 


26 


דאָ איז אפילע וען סזאָל זיך האנדלען ניט װעגן איין מיכלען נאָר 
וועגן א גאנצן צענדליק, װי ער, קאָן מען אויך אין איין שמיי-דריי מיט 
זיי פארטיק ווערן אף פארשיידענע אויפאנים: זיי מאכן א שלעכטן שעם, 
זיי ארויסשלאָגן פון פּארנאָסע, ביז אפילע זיך ניט אָפּשטעלן פאר אזא זאך, 
װי אז מ'דארף, זאָל מען זיי פּאקן אין א הינטערגעסל און זיי אָפּשלאָגן 
די כריפּעס... 


אז יוינע האָט זיך הײַנט דערװוּסט וועגן דער מײַסע-מיכל, האָט ער 
דערפילט א גרויסע באליידיקונג: ערשטנס, פאר רעב דודין, װאָס קימאט 
א גאנצע שטאָט דרייט זיך ארום אים, האלט זיך אָן אין אים און קוקט 
אים אין מויל, און פאר וועלכן אזא נישט, א דער רועך-ווייסט-ווער, האָט 
זיך דערלויבט ארויספאָרן מיט אזוינס, װאָס דערפאר קומט מײימעסן 
צווייטנס, א באליידיקונג פאר דער עצעם-זאך, פאר ייַדישקײַט, װאָס כאָטש 
יוינע קוקט אָפט אוועק פון דעם, װי, לעמאָשל, ווען ס'פאָדערט זיך אויס- 
באהאלטן א זאך, װאָס מוז אויסבאהאלטן ווערן, און װאָס, װי באװוּסט, 
איז קיין בעסער אָרט, װי בא יוינען, ניט צו געפינען... כאָטש מיט ייִדיִש- 
קײַט איז ער אליין ניט איבעריק שאָװע-בעשאָװע, דאָך האָט אים די מײַסע- 
מיכל אָנגערירט ביזן ביין. װײַל סטײַטש? אזוי פירט זיך ניט! העפקער, 
און קעגן סיידער-האָוילעם... און אזויווי ער האָט געװוּסט, אז אזא זאך 
ווערט ניט געשענקט, ניט פארשוויגן, און שטאָט װעט זוכן מיטלען, װי- 
אזוי צו באצאָלן מיכלען פאר זײַן אומדערהערטן טאט, און אז דערצו וועט 
מען זיך שוין נייטיקן אין הענט, דה. אין מענטשן, וועלכע זאָלן דאָס 
נעמען אף זיך און דורכפירן, האָט ער דערום געהאלטן פאר נוצלעך צו 
זײַן בימקוים-האמײַסע, דאָס הייסט אפן אָרט, װוּ די מײַסע איז געשען, 
טאקע בא רעב דודין, װוּ זי װעט הײַנט, געוויס, באהאנדלט וערן און 
מ'ווצט זי פון אלע זײַטן ארומרעדן. 

ער האָט אָנגעטאָן די שאבעסדיקע קאפּאָטע, יוינע, און גלײַך װי ער 
איז ארויס פון שטוב, מיטן מיין זיך לאָזן צום ראָוו, אזוי האָט ער פאר- 
לייגט די הענט אף ארונטער --אן אדערוף אף דערעכערעץ, מיט וועלכן 
ער װועט זיך דערנאָך האלטן בא יענעם, װי אלע מאָל, ווען ער קומט פאר 
העכערס און לײַטישערס פון זיך... 

ער האָט אפן וועג אויך מיטגעטײלט זכאריען און אים מיטגענומען 
פאר א שטיק שוטעף. און אזוי האָבן צװישן אלע כאָשעװע און אָנגעזעענע 
געסט דעמלט בא רעב דודין אויך זכאריע און יוינע זיך געטראָפן. 


דער ראָוו האָט נאָך אלץ גערוט אין נאָענטן אלקער, און דערום האָט 
מען זיך אין עסצימער געהאלטן שטיל. מע האָט זיך געזאמלט אין רעדלעך, 
און, נאטירלעך, זײַנען די רייד געגאנגען וועגן דעם, וועגן וועלכן זי האָבן 
געקאָנט גיין: וועגן דער נעכטיקער טרעפעניש, װאָס אייניקע זײַנען גע- 
ווען איידעס דערבײַ, און װאָס איצט, שאבעסצונאכטס, בייס האװדאָלע, 


437 


ווען מע האָט געטרונקען טיי און גערייכערט, האָט מען אויספירלעך און 
בעהארכאָווע איבערדערציילט פאר יענע, װאָס זײַנען דערבײַ ניט געווען 
און װאָס האָבן זיך אָנגעהערט מיט דאָרשטיקע אויערן. 

זכאריע דער שענקער איז געשטאנען טיף ארײַנגעבויגן דעם קאָפּ אין 
א רעדל צוהערער און ניט געװאָלט פארלירן קיין װאָרט. ער האָט גע- 
שוויגן. אָבער מע האָט געזען, אז ווען ער האָט אים, יענעם פּארשוין, אָט 
דעם מיכלען, וועגן וועלכן ס'גייט דאָ די רייד, װאָלט ער זיך צו אים א 
לאָז געטאָן מיט אָט דעם אײַנגעבױיגענעם קאָפּ צו זײַן ברוסט און אים 
אזא שטויס געגעבן, װי ער טוט עס טאָמיד, ווען ער האָט פאר זיך אזא, 
װאָס אליין פּעטש מיט קולעקעס זײַנען פאר אים װײיניק און ער דארף 
אים זען ליגן אן איבערגעקערטן און אומגעוואלגערטן, 

באם זעלבן רעדל איז געשטאנען אויך יוינע, ער אָבער רויַקער, װי 
זכאריע, ער -- מיטן רויטן פּאָנעם סײַ פון די פעטע סודעס פון אלע טעג 
פון א גאנץ יאָר, ביפראט פון די שאבעסדיקע; אויך פון שאבעסדיקן גע- 
שמאקן שלאָף פון נאָך די סודעס; און אויך נאָך די געשמאקע ביסלעך 
בראָנפן, װאָס ער האָט אלעמאָל, באזונדערס שאבעס, ארײַנגעכאפּט און 
וועלכע האָבן אים רויט-געשפּיקעװעט דאָס פּאָנעם און דעם הארבן פליי- 
שיקן קארק, 

יוינע האָט זיך געהאלטן גאָר שטיל, מײַסע-אָנשטענדיק, מיט די הענט 
אף הינטן פארלייגט, אָבער דאָס, װאָס איז אין רעדל דערציילט געװאָרן, 
איז אויך פון זײַן אוער קיין מינדסט ניט פארלוירן געגאנגען, און אויך 
בא אים, ווען מװואָלט דעמלט א קוק געטאָן אף זײַן רוקן, װאָלט מען 
געזען, װי די הענט רוען אים ניט, װי אמאָל האָט ער זיי געבײַלט, אמאָל 
ווידער צעלאָזט, ס'געװוענדט אין דעם, בא װאָס דער דערציילער האָט 
געהאלטן, 

דער דערציילער אין יענעם רעדל איז געווען א יונג אָנגעפאָרן רעוול, 
א שטארק פרומס, װאָס האָט װי געזופּט לופט מיט גרויס גאָטספאָרכטיקײַט, 
און װאָס נאָך דעם, װי ער האָט איבערגעגעבן אליין די מײַסע, בא וועלכער 
ער איז בײַגעװען, האָט ער זיך אריבערגעװאָרפן אופצוזוכן די סיבע, פון 
וועלכער אזוינע , מײַסעס? קאָנען ארויסשטאמען, מיטן גאנצן ווילדן צו- 
װוּקס זייערן. ער האָט גענומען רעדן וועגן די בראסלעווער, צו וועלכע, 
וי מע האָט געהערט, האָט אָט דער פּארשוין, אָט דער מיכל, געקערט, און 
װאָס אף זיי קאָן מען זיך אף אלץ ריכטן, װײַל דער שוירעש זייערער איז 
פּוירע רויש וועלאאנאָ-- דאָס הייסט -- גיפט און ביטער-גאל... דאָס מיינט 
מען דעם רעבן זייערן, רעב נאכמענען, װאָס װי מע דערציילט, איז אז ער 
איז צוריקגעקומען פון זײַן רײַזע קיין ערעץ-ײייַסראָעל און איז ארײַן צום 
בארדיטשעווער ראָוו, האָט יענער, װי נאָר ער האָט אים דערזען, גלײַך 
אויסגעשריגן: ,וויי, וויי, װוּ איז דײַן צעלעם-עלויקים אהינגעקומען?..? און 
די בארדיטשעווער רעבעצן, דערציילט מען װײַטער, אז זי האָט דאָס 
דערהערט, האָט זי אים גלײַך אָנגענומען פאר אן ארבל פון זײַן זשופּיצע 
און א זאָג געטאָן: ,גייט, גייט, רעב נאכמען. דער בארדיטשעווער ראָװו 
װיל אײַך ניט זען און נישט האָבן פאר קיין אוירעך אין שטוב.." און 


438 


דאָס אלץ דערפאר, -- האָט דאָס שטארק פרומע רעוול פאָרגעזעצט, --- װײַל, 
וי מע האָט איבערגעגעבן, האָט יענער, זײַענדיק אין ערעץ-ייַסראָעל, זיך 
מישטאטייעך געווען!: אפן קייווער פונעם טאַָלױ?... ערגער: מע זאָגט אפילע, 
אז ער איז געווען א זורק אבן למרקולוספ. 


-- װאָס? -- האָט זכאריע שענקער, דער איינציקער פונעם רעדל, און 
אויך יוינע, דער צווייטער -- דעם פרומען רעוולס ווערטער ניט פארשטא- 
נען און איבערגעפרעגט:-- װאָס איז ער געװען? װאָס הייסט עס? 

-- דאָס הייסט, אז ס'פאראן אזא אווידע-זאָרע, אזא אָפּגאָט, װאָס 
מ'דינט אים דערמיט, װאָס מע ווארפט אין אים א שטיין. 

-- א שטיין?-- האָבן זיך ביידע שענקערס איבערגעקוקט און ווידער 
ניט פארשטאנען. 

-- יאָ. 

-- הײַנט װאָס זשע איז דאָס כידעש, -- האָט דאָס פרומע גאָטספאָרכטי- 
קע רעוול פאַרגעזעצט, --אז פון אזוינעם קומט אזוינס ארויס? מ'קאָן זיך 
דאָך ריכטן אף זיי אף אלץ, אף קאָלע מינע פּאסלאָנעס, אף שמאד און 
אף דער שווארציאָר ווייסט װאָס. 

-- רעבע!-- האָט זיך דאָ זכאריע שענקער מיט א װאָרט ארויסגעכאפּט, 
מאכמעס די בלוטן האָבן זיך אין אים צעקאָכט און די אָדערן אין האלדז 
האָבן זיך אים אָנגעצויגן, גלײַך ער װאָלט שוין געהאט דעם קעגנער פאר 
די אויגן, קעגן וועמען ער דארף ארויסטרעטן, --רעבע, איז אויב אזוי, 
איז װאָס זשע שװײַגט מען? דארף מען זיי דאָך אויקער מין-האשוירעש 
זײַן -- אָט די אלע שלעק, מיט די אווידע-זאָרעס און מיט די שטײנער! 
װאָס שװײַגט מען?--- האָט ער אין גרויס אימפּעט זיך ארײַנגעריסן טיפער 
אין רעדל, פאר וועלכן ער איז געשטאנען. -- װאָס דערלאָזט מען עס!-- 
לאָזט מיך, לאָזט יוינען! 

-- הא, יוינע?-- האָט ער זיך אויסגעקערעוועט צו יענעם און אים וי 
געשטעלט פאר אן איידעס, אז ער מיט אים, מיט יוינען, הייסט עס, נעמען 
עס אף זיך, אויב מע ועט זי נאָר הייסן און באפולמעכטיקן. 


יוינע האָט אָבער געשוויגן, און אין דעם מאָמענט, ווען זכאריע האָט 
אף זײַן װאָרט און האסקאָמע געווארט, האָט אים יענער נאָר מיט א װונק 
אף דער טיר אָנגעװיזן: שטילער, הייסט עס, רעב דודי.. 

ווירקלעך: דעמלט זײַנען אלע מיטאמאָל אנשוויגן געװאָרן, װײַל אין 
דער רעגע האָט רעב דודי, שוין א ביסל אויסגערוט און גרייט צום שאבעס- 
דיקן אופנאם, אף דער שװעל פון זײַן אלקער זיך באוויזן. 

ער איז געווען אין כאלאט, װי אלע שאבעסצונאכטס. ער האָט געזשמו- 
רעט די אויגן אי פונעם נאָרװאָסיקן שלאָף, אי פון דער לאָמפּן-שײַן, אי 
אויך פונעם אוילעם, װאָס האָט זיך אין עסצימער פארזאמלט. רעב דודי 
האָט זיך אײַנגעקוקט אין אוילעם, זען, װער ס'איז היימישער און ניט אזוי 


1 געקניט מיט א טפילע: ? דער געהאנגענער, קריסטוס; * געמיינט: געדינט צו 
אן אָפּגאָט. 


439 


כאָשעוו, זאָל ער אים פארבײַגײן; און ווער יאָ כאָשעװ, װי א יאנקעװו-יאָסי, 
זאָל ער צו אים זײַנע ערשטע טריט אָנריכטן.. 

-- א גוטע װאָך! -- האָט ער שטיל א זאָג געטאָן, געווענדט צו אלעמען 
זײַן װוּנטש. 

-- א גוטע װאָך, א פולע װאָך, -- האָבן אים אלע מיט קאָװעד אָפּגע- 
ענטפערט. 

רעב דודי איז צוגעגאנגען צום אױבנאָן, װוּ ס'איז באשטענדיק זײַן 
אָרט, און װוּ נאָענט לעבן דעם, א בענקל לעבן א בענקל, האָט שוין דער 
גוויר יאנקעװ-יאָסי פון לאנג געווארט אף אים, און איצט, אז ער האָט 
אים דערזען גענענען, האָט ער זיך פון זײַן אָרט אופגעשטעלט און מיט 
אָפּשײַ וי אים אנטקעגן געגאנגען. 

אז רעב דודי איז געקומען אף זײַן אָרט, זײַנען אלע פריערדיקע גע- 
שפּרעכן פון די פארשיידענע רעדלעך אנשוויגן געװאָרן, און אלע אויגן 
האָבן זיך געװוענדט צו אים, אף וועמען מע האָט געווארט, װי אפן ראָש- 
האמעדאבריםג. 

-- וועגן װאָס האָבן דאָ ייַדן געשמועסט! -- האָט ער א פרעג געטאָן, 
כאָטש ער האָט זיכער אליין געװוּסט און זיך אָנגעשטױסן. 

-- וועגן װאָס זאָל מען שמועסן, אויב ניט פונעם נעכטיקן, פונעם פּאר- 
שוין ביפראט, און ביכלאל וועגן שוירעש, פונוואנען ס'שטאמען און וואקסן 
אזוינע -- פון די בראסלעווער. 

-- ריכטיק, -- האָט רעב דודי געזאָגט, -- וועגן דעם, און נאָר טאקע 
וועגן דעם דארף מען רעדן: וועגן שוירעש. װײַל יענער אליין איז דאָ מער 
ניט שולדיק, וי די סרייפע, װאָס עמעצער האָט אָנגעצונדן. שולדיק. איז 
דער האמאוויר עס האבעייראָ -- דער אונטערצינדער. 

-- װער? װאָס? וועמען מיינט מען?! -- האָבן אלע מיטאמאָל צו רעב 
דודיס ווערטער אן אוער צוגעלייגט. 

-- װער? פארשטענדלעך, דער, װאָס שטייט בעראָש פון זיי: װאָס איז 
אליין באם אָפּגרונט און האלט ניט אָפּ אנדערע פון נאָענט צו אים צו- 
גיין, פארקערט, ער שטויסט זיי אונטער. 

-- אוואדע, אוואדע, -- האָבן אייניקע רעב דודיס ווערטער אונטערגע- 
כאפּט און אים צוגעבאָמקעט, --אוואדע! מע האָט דאָס שוין לאנג בא- 
דארפט ארויסזען. עמעס, מע האָט שוין וועגן דעם ניט איין מאָל געפּרוּװוט 
רעדן מיט זײַן ברודער, מיט מוישע מאשבער, אָבער יענער האָט זיך עפּעס 
אָפּנעשאָקלט, זיך ניט געװאָלט מישן, װי ניט אין זײַן זאך און דאָס וי 
מיט דער האנט אוועקגעמאכט. 

-- אוואדע... א ברודער... -- האָבן אנדערע זייער װאָרט געהאט ארײַנ- 
צוזאָגן, -- און ניט צו אים האָט מען זיך באדארפט ווענדן. 

-- צו וועמען דען? -- האָבן אנדערע געפרעגט. 

-- טאקע צו אים אליין: אים װאָרענען, אים מאסרע זײַן, אז ער איז 
אליין פארפירט און פארפירט אנדערע. 


: דער הויפּטירעדנער, 


440 


-- דאָס װאָלט באדארפט טאָן נישט קיינער, נאָר אליין טאקע רעב 
דודי, -- האָט איינער, א מער דרייסטער, א זאָג געטאָן און געמאָנט פון 
רעב דודין, װאָס פון אים קומט, וי פון אזא, װאָס פון אים איז אמערסטן צו 
פּאָדערן, װי פונעם עלטסטן ראָוו אין שטאָט, פונעם כאָשעװוסטן, װאַס צו 
זײַן װאָרט מוזן זיך אלע צוהערן און זײַן ווירקונג איז אויסער צווייפל. 

-- איך? -- האָט שוין רעב דודי געהאט א זאָג געטאָן דאָס ערשטע 
װאָרט אף זיך צו פארטיידיקן און אָפּשאָקלען זיך פון דעם אכרײַעס. -- 
איך?.. 

נאָר אין דער מינוט, ווען ער האָט שוין געװאָלט ארויסברענגען דאָס 
צווייטע װאָרט, אזוי האָט זיך פּלוצלינג דערהערט א קאָל, אויסגעשריגן 
פון מיילעך דעם לאנגן, װאָס אויך ער האָט זיך דעמלט אין עסצימער גע- 
פונען: 

-- זעט! ער איז ווידער דאָ! 

דאָס קאָל איז ארויס וי פון איינעם, װאָס װאָלט פּלוצלינג דערזען זיך 
באװײַזן א ווילדע כײַע אינמיטן א מענטשלעכן ייַשעו: -- זעט, ווידער... 

-- װער? װאָס? -- האָבן זיך אלע פארזאמלטע מיטאמאָל אָפּנעקערט פון 
צו קוקן אף רעב דודין, און זיך געװוענדט צום אָרט, פונוואנען דאָס קאָל 
האָט זיך דערהערט. 

דער לאנגער מיילעך האָט דאָ געמיינט מיט זײַן אויסגעשריי דעם, װאָס 
קיין בען-אָדאָם װאָלט אפן געדאנק ניט געקומען צו גלייבן, אז נאָך דעם, װוי 
ערשט נעכטן איז מיט יענעם דאָ די געוויסע מײַסע געשען, זאָל ער זיך 
איצט ווידעראמאָל טרעפן אין דער זעלבער שטוב, אפן זעלבן אָרט און 
פאר די זעלבע מענטשן, 

דאָס איז געווען מיכל בוקיער, 

א דונער!.. ניין, ווען צען דונערן מיטאמאָל זאָלן אינמיטן העלן טאָג 
אופקנאלן, װאָלטן זיי ניט געמאכט אזא דערשלאָגנדיקן אײַנדרוק, װוי דאָס 
צווייטע מאָל װײַזן זיך און קומען אהער פון אָט דעם מיכלען. ס'האָט 
דערצו קיין אנדער דערקלערונג ניט געקאָנט געגעבן װערן, װי נאָר -- 
אָדער טאקע דול, אָדער װי א מענטש, װאָס האָט ליב געקראָגן סאקאָנע און 
פּרוּווט דאָס מעסער אפן האלדז, פּרוּווט דעם קאָפּ אין טליעישטריק ארלינ- 
טאָן: אָדער, צום לעצטן, מעגלעך, אז עפשער האָט מיכל מיט זײַן וואקלדי- 
קער נאטור לעסאָף כאראָטע געקראָגן אף דער נעכטן-אָפּנעטאַנענער מײַסע 
און איז איצט געקומען אפן זעלבן אָרט, װוּ די זינד האָט אים געטראָפן, און 
פאר די זעלבע אויערן, װאָס האָבן זײַן שרעקלעכע לעסטערונג אויסגע- 
הערט, צוריק מיט טשוּווע צום לעבעדיקן און אל-פארגעבנדיקן גאָט זיך 
אומקערן. 

נישט אנדערש, אז טאקע איינס פון די זאכן, װאָס וועלכע זי זאָל ניט 
זײַן, האָט זי מיכלען געמאכט אויסזען, װי א הילעך-לעמיסע, וי א 
מענטשן, װאָס גייט דעם טויט אנטקעגן... װײַל אויב אין דער ערשטער מי- 
נוט, ווען דער שאמעס האָט אויסגעשריגן, האָט מען אים, מיכלען, געקאָנט 
אָנעמען וי א כײַע, װאָס האָט זיך באוויזן צװישן מענטשן, איז אָבער שוין 
שפּעטער א מינוט, ווען מיכל איז אראָפּ פון דער שװועל און האָט געזאָלט 


441 


שטעלן די ערשטע טריט אין שטוב ארײַן, האָט שוין די זאך אויסגעזען 
פּונקט דער הײפּעך: נישט ער -- די כײַע, נאָר פארקערט, ער -- דער איינ- 
ציקער מענטש, דער אומבאהאָלפענער, דער אומבאװאָפּנטער מיט גאָרניט, 
האָט זיך פּלוצלינג ארײַנגעטראָפן, װי אין א שטײַג פון צעווילדעוועטע, 
ווען זײַן לעבן איז פון לעכאטכילע אָן און פון פאָרויס באשטימט אײַנגע- 
שטעלט, און דאָס איינציקע, װאָס אים איז געבליבן, איז ארויסצושעפּטשען 
מיט בלאסע ליפּן א בלאסע ווידע פארן טויט... 

-- הא! ער! דער!--האָט זיך פון אלעמענס מײַלער ארויסדערהערט, 
און אלע האָבן אף אים בייזיפארצוקנדיקע בליקן אָנגעשטעלט. 


ס'איז א װײַלע געװאָרן שטיל. אלע האָבן דעמלט געװענדט די אויגן 
פון אים אף רעב דודין און פון רעב דודין װוידער אף אים, וי ניט געקאָנט 
זיך באשליסן, אָן דער דערלויבעניש פון רעב דודין, פונעם עלטסטן און 
פונעם באלעבאָס פון שטוב, עפּעס פירצונעמען קעגן אים, ניט אים עפּעס 
צו זאָגן, ניט אױיסצושרײַען, ניט אוואדע אָנצופאלן אף אים, און ניט וי איי- 
ניקע, װי זכאריע און יוינע שענקער, האָבן געמיינט --אים אף שטיקער 
צערײַסן. 

-- זאָל ער! -- האָט רעב דודי שטיל א זאָג געטאָן, װאָס דאָס האָט בא- 
טײַט, ערשטנס, מיכלען א דערליבעניש ארײַנצוקומען צװישן די פאר- 
זאמלטע, און צווייטנס, א פארבאָט אים אָנצורירן, אים שלעכטס טאָן, איי- 
דער ער, רעב דודי, הייסט עס, װועט פריִער די לאגע נישט אױסקלאָרן און 
דערגיין די סיבעס, װאָס האָבן אים דאָס צווייטע מאָל אהער געבראכט. 

-- און װאָס האָט ער װײַטער געװאָלט? -- האָט אים רעב דודי א פרעג 
געטאָן, ווען ער איז עטװאָס נעענטער אונטערגעקומען. 

-- איבערצוכאזערן דאָס זעלבע, װאָס נעכטן, -- האָט מיכל געענט- 
פערט. 

אלע זײַנען געבליבן געפּלעפט, באזונדערס אליין רעב דודי, װאָס פון 
עלטער פלעגן זיך אים די לעצטע צײַט ביכלאל די פיס ברעכן און אים 
קוים אופהאלטן, אפילע ווען אין גוטן מוט און ווען ס'האָט זיך געהאנדלט 
וועגן מער רויִקע זאכן: ביפראט איצט, ווען ער האָט, דערזעענדיק מיכלען, 
זיך אופגעהויבן פון אָרט, שוין גלײַך א האלב-דערשלאָגענער, ביפראט נאָך, 
ווען ער האָט דערהערט פון יענעמס מויל די זעלבע ווערטער, װאָס נעכטן, 
ארויסקומען. 

ס'האָבן זיך אים די קני אונטערגעבראָכן. ער האָט זיך מיט די הענט 
אָנגענומען פארן טיש, קעדיי צו האָבן אן אָנשפּאר, און אָט אזוי, שטייענ- 
דיק, האָט ער זיך נאָכאמאָל געווענדט צו מיכלען, אָבער ניט וי א געווייג- 
לעכער אויספאָרשער, װאָס דער שולדיקער גייט אים ניט אָן, און ער בא- 
ציט זיך גלײַכגילטיק צו זײַן גוירל, נאָר וי אזא, װאָס וויל, אז דער באשול- 
דיקער זאָל, וי װײַט מעגלעך, זיך ריינוואשן און ארויס אן אומבאפלעק- 
טער, און װאָס צוליב דעם לייגט ער אים ארײַן ווערטער אין מויל, עפנט 
פאר אים א טיר פון כאראָטע און דערלאנגט אים מיטלען, ער זאָל זיך קאָ- 
נען באפרײַען פון זײַן צאָרע. 


242 


-- און צו װאָס דאָס איבערכאזערן?.- האָט רעב דודי א פרעג 
געטאָן. 

-- קעדיי מע זאָל ניט מיינען, אז דאָס, װאָס כ'האָב נעכטן געזאָגט, 
איז געזאָגט געווען אין א שאָאָימעטורעפעס און בעדייאָ מעטורעפעס -- 
פון שיקרעס צי פון שיגאָען. 

-- און עפשער יאַ? באטראכט זיך, מיכל בען..: -- האָט רעב דודי א 
זאָג געטאָן אף א ראבאָנישן אויפן, װי בעשאס כליצע, צי בעשאס א געט, 
ווען מ'דארף וויסן דעם נאָמען און דעם מוטער-נאָמען פון דעם, צו וועמען 
מע ווענדט זיך. 

-- בען סאָרע-פייגל, -- האָט אים מיכל אונטערגעזאָגט. 

-- איז באטראכט זיך, מיכל בען סאָרע-פייגל, עפשער טאקע פאָרט פון 
שוואכן זינען, פון צאר, פון ערגער, װאָס דעמלט, אויב מע טוט עפּעס ניט 
רעכט, איז איין אָדאָם ניספאס... 

-- ניין, -- האָט מיכל געזאָגט, -- ס'איז בעדייאָ צלולאָ אומעיושע- 
וועספ. 

-- איז, הייסט עס, האלט ער זיך טאקע פעסט בא זײַנעם? 

-- יאָ, -- האָט מיכל װוידער געזאָגט. 

-- און קיין טשוּווע און קיין כאראָטע דערלאָזט ער ניט? 

-- ניין, 

-- און ער האָט קיין מוירע ניט פארן מישפּעט אף דער און אף יענער 
וועלט? 

-- ניין, װײַל ס'איז נישטאָ פאר וועמען, ס'איז לייס דין וועלייס דײַען. + 

-- אויב אזוי... אל דאאס האמאָקעם וועאל דאאס האקאָהאָל..* פּוישע 
ייַסראָעל איז דײַן נאָמען... אכער...+ כויטע אומאכטי...ז 

-- רעבע! -- האָט זיך דאָ דערהערט א קאָל--ניין, נישט איין קאָל, 
נאָר פיל קוילעס, געװוענדט צו רעב דודין, פון פיל מײַלער ארויסגעקומען, 
נאָר דאָס סאמע שטארקסטע -- פון זכאריע דעם שענקער, װאָס האָט זיך, 
װי א צעווילדעוועטער בופלאקס, פון זײַן אָרט א ריס געטאָ? -- רעבע, 
איין װאָרט, און מיר מאכן פון אים אשפּעל, 

-- אשפּע! -- האָט אים יוינע אונטערגעהאלטן און האָט די הענט, װאָס 
ער האָט זיי א שטיק צײַט געהאלטן הינטן, אפן רוקן, איצט אפירגענומען, 
זיך געמאכט אָרט צװוישן אוילעם און זיך א לאָז געטאָן צו מיכלען גאָרניט 
מיט קיין בעשאָלעמדיקער קאװאָנע. 

-- ניטע! -- האָט רעב דודי שלאבעריק א מאך געטאָן מיט דער האנט, 
געװוענדט צו אלעמען, ביפראט צו די שענקערס, וועלכע האָבן זיך געװאָלט 
אײַנשטעלן פאר אים, זיך אָנעמען זײַן קריוודע, און װאָס ווען ער דער- 
לאָזט זיי, אזוי איז געווען צו זען אין זייערע צעקאסטע פּענעמער, אז 


: דער זון; ? איז דער מענטש ניט פאראנטװאַרטלעך; * מיט א לױטערן און 
קלאָרְן געדאנק: + ס'ניט פאראן קיין רעכט און קיין ריכטער, דה. קיין גאָט; 
* אין גאָטס נאָמען און אין נאָמען פון קאָהאָל; * געמיינט: פארעטער, אָפּטריניקער; 
? אליין זינדיק און מאכט זינדיק אנדערע: * אשפּע-- מיסט. 


243 


זיי װאָלטן װאָרט געהאלטן, און פון יענעם, פון מיכלען, דאָ אפן אָרט 
טאקע, געמאכט, װאָס זיי האָבן צוגעזאָגט: אשפּע. 

-- ניטע! זאָל אים קיין האנט ניט אָנרירן, װעיאָדײַנו לוי טיהייע בוי. 1 
זאָל אים גאָט צאָלן, -- האָט רעב דודי דעם אוילעם אופגעהאלטן, און מיכל 
איז אזױערנאָך, װי ער איז ארײַן א נישט-אָנגערירטער, אזוי איז ער 
אויך א ניט-אָנגערירטער ארויס. 

-- זאָל אים גאָט צאָלן, זאָל ער זיך מיט אים אָפּרעכענען. 

-- ניין, מיר, רעבע! מירן זיך אָפּרעכענען!-- האָבן דאָ זכאריעס מיט 
יוינעס קאָל געשריגן. --- מיר! 

...מע האָט זיך דעם גאנצן אָװנט דערנאָך נאָך געטומלט און די בא- 
האנדלונג װײַטער געפירט. מע האָט זיך געהיצט, געטײַנעט און באשול- 
דיקט ניט נאָר מיכלען אליין, נאָר אויך די סעקטע, צו וועלכער ער האָט 
געהערט, און באזונדער דעם ראָש און אָנפירער זייערן, אף וועמענס קאָפּ 
ס'איז די הויפּט-שולד צו ווארפן, ---אף לוזין... 

מע האָט זיך געקאַכט און געטראכט, װאָס מ'דארף דאָ פירנעמען. 

-- אוּוועארטאָ האָראָאָ... דאָס שלעכטס מיטן װאָרצל אױיסרײַסן! -- האָט 
געייצעט איינער. 

-- די נעסט פארניכטן!---א צווייטער. 

-- אף קיין ייַדישער שװעל ניט לאָזןף--א דריטער. 

-- ס'איז נאָך ערגער וי יאָסעלע מאגייפע, יענער אין כאָטש מיכוץ 
לעמאכנע -- אויסער קאָהאָל--און די, וי וװוערעם אינעם איגענעם 
בויך, -- האָט מען געשריגן פון אלע זײַטן - 

..פארשטייט זיך, אז מ'האָט געפּױעלט. געשריגן האָט מען בא רעב דו- 
דין אין שטוב, און דערהערט האָט די גאנצע שטאָט... פארשטענדלעך אויך, 
אז ביז װאָס-װען, ביז מ'האָט באוויזן זיך צו דערקלײַבן צו אלע איבעריקע 
שולדיקע, האָט מען זיך צו מיכלען אליין דערקליבן שוין. װאָס א טאָג -- 
האָבן בא אים אלץ מער טאלמידים אינדערפרי גענומען אויספעלן, ביז איי- 
נעם א טאָג איז שוין געבליבן איינער, אי דאָס אזא, װאָס האָט, פון גרויס 
אַרעמקײַט, סײַװי קיין סכארלימעד ניט געצאָלט, און אף מאָרגן נאָך 
יענעם טאָג, האָט שוין דער איינער אויך געפעלט. 

דאָס האָט געשמעקט מיט שטיל-שטאָטישן כיירעם. אף מיכלס שטוב, 
אף זײַן װײַב און קינדער, האָבן זיך גלײַך די פאָלגן אָפּגערופן. זײַן שטוב 
האָט אָנגעהױבן פּראווען טאנייסים... און דאָ איז נאָך א צופאל געשען, א 
ביטערער, אן אומגליקלעכער, װאָס גוטע פרומע לײַט האָבן אין אים דער- 
נאָך געװאָלט זען גאָטס האנט, װאָס צאָלט, קלוימערשט, פאר געוויסע 
מײַסים אפן אָרט און מעזומען, ווען אינדערעמעסן האָבן זיי, אָט די גוטע 
פרומע לײַט, דאָס בלויז פאר זייער אן אייגן פארדינסט באדארפט פארע- 
כענען.. 

ס'האָט זיך אָנגערוקט דער ווינטער, אין מיכלס שטוב איז קיין הייצונג 
ניט געווען. דערצו נאָך האָט צו יענער צײַט גענומען אומגיין א שלאפקײַט, 


: אונדזערע הענט זאָלן אים ניט אָנרירן... 


44 


װאָס קומט קעסיידער סאָף הארבסט צו באזוכן קאפּצאָנישע הײַזער, װוּ 
ס'געפינט דעם גינסטיקן באָדן פאר זיך אופגעאקערט. 

ס'האָט זיך ארײַנגעכאפּט צו מיכלען. דעם ערשטן האָט דאָס אוועקגע- 
לייגט זײַן עלטער ייִנגל, בערלען, דעם געברעכטן און מיט די אָנגעדראָ- 
לענע פיס, פון ארבעטן פון דער יוגנט אָן באם שלײַפער, און קיין ראטונעק 
איז ניט געווען -- קיין דאָקטער, קיין רעפועס, און פון די פענצטער האָט 
געבלאָזן און דעם כוילע אין בעט ארײַנדערלאנגט, האָט ער זיך נאָך מער 
פארקילט, ניט אויסגעהאלטן און אװעקגעשטאָרבן. 

ס'איז אף קװוּרע נישט געווען, און מיכל בוקיער האָט זיך לאנג גע- 
דונגען מיט כעוורע-קאדישע, דערנאָך מיטן הויפּט-גאבע אליין, צו וועלכן 
ער איז געלאָפן, און יענער האָט אים אלץ אָפּגעלײגט, זאָגנדיק, אז מייסים 
האָט ער גענוג, ס'איז דאָ בילכערס, און ער מוז מיט זײַנעם אויסווארטן. 
מ'האָט אים קוים, ערשט דעם צווייטן טאָג אפדערנאכט, פון שטוב פארנו- 
מען, 

פון גרויס גליק האָט זיך מיכלס צווייט ייַנגעלע, זײַן יאנקעלע, װאָס 
האָט געארבעט בא אן אײַנבינדער, אָנגענומען פון עלטערן, און וי נאָר 
מע האָט יענעם פון שטוב ארױיסגעטראָגן, אזוי איז יאנקעלע אײַנגעפאלן 
און האָט יענעמס נאָך קימאט ניט אָפּגעקילט בעט פארנומען.. 

ס'האָט נישט געדויערט קיין סאך, און דער צווייטער, יאנקעלע, האָט 
געענדיקט מיט דעם, װאָס דער ערשטער --בערל -- מיט טוט און מיט 
מיכלס אומלויפן צו כעוורע-קאדישע, אז מע זאָל אים טאָן די טויווע און 
מע זאָל צונעמען אויך דעם צווייטן, 

און דעמלט, אז ס'האָט שוין געהאלטן באם צווייטן קינד, האָט מיכלס 
װײַב די האָר אף זיך געריסן, פון גרויס צאר פון א מוטער ביכלאל, ווען 
מ'דארף איר פאר אזא קורץ שטיקל צײַט דעם צווייטן זון פון שטוב ארויס- 
טראָגן: און ביפראט פון דעם, װאָס זי האָט געהאלטן, אז דער טוט איז 
ניט נאטירלעך, נאָר א שטראָף פון גאָט זייער טאטן מיכלען פאר זײַנע 
פארשאָלטענע מײַסים, װאָס ער האָט די לעצטע צײַט אָפּגעטאָן. זי האָט 
טע און געגוואלדעוועט, מער װי אף די טויטע, אפן לעבעדיקן מיכ- 
ען: 

-- גוואלד! קוילער! גאזלען! מאלעכהאמאָוועס פון דײַנע קינדער! לויף 
צו ייִדן, לויף צו קאָהאָל, צום ראָוו, און זאָל מען אָפּשטעלן דאָס פײַער.. 
בעט ראכמים, 

דערוף האָט איר מיכל גאָרנישט געענטפערט. ער איז געשטאנען פאר- 
שטיינערט און געקוקט אפן מעס, װאָס איז געלעגן אפן אָרעמען פּאָל, אף 
שטרוי אונטערגעבעט, מיט צוויי אָרעמע לײַכטער מיט ליכט צוקאָפּנס, און 
יעדער מאָל, ווען דאָס װײַב האָט עפּעס אויסגעשריגן און זיך געװוענדט 
צו אים מיט איר בראָך און טײַנעס, האָט ער אויך איצט, א סװאָרע, געװאָלט 
צוגיין צום מעס צוקאָפּנס, און אויך די מייסים-ליכט אויסלעשן. ער האָט 
דאָס אָבער ניט געטאָן, װײַל פארשטיינערט.... 

און דאָס איז די ערשטע שטראָף, -- האָט די שטאָט געשמועסט, -- און 
געוויסע פרומע לײַט האָבן שטילערהייט די גאָטפאָרכטיקע האנאָע געהאט, 


4245 


זעענדיק, וי געזאָגט, אז גאָט לייגט ניט אָפּ און צאָלט אפן אָרט... און 
װאָס װײַטער, און ויַאזוי מענטשן האָבן אליין געדענקט צו באצאָלן און 
זיך אָפּרעכענען מיט די, װאָס זײַנען, לוט זיי נאָך, װערט די שטראָף, 
וועלן מיר שפּעטער זען און אפן געהעריקן אָרט באריכטן. 


2 


וי מיר געדענקען, איז אײנמאָל אין א געוויסן אפדערנאכט בא לווזין 
אין שטוב אָפּגערעדט געווען, אז מוישע מאשבערס הויז זאָל איבערגעשריבן 
ווערן אף סרוליס נאָמען, צוליב געוויסע צילן... דאָס איז אָפּגעטאָן געװאָרן 
דורך מוישע מאשבערס פארטרויונגס-מאן און אדװאָקאט איציקל זילבורג, 
וועלכער האָט אויסגענוצט אלע זײַנע פאך-קענטענישן, קעדיי נישט איבער- 
צולאָזן קיין שום שפּאלט און שפּעלטעלע און קיין איין פּונקט פונעם אָפּ- 
מאך, דורך וועלכן א זײַטיקער באלכויוו זאָל קאָנען װוּיניט-איז אָדער ווען- 
ניט-איז דורכקריכן מיט א װאָסער-ניט-איז טײַנע-אומײַנע. 

אין אָפּמאך איז געווען געשריבן, אז דעם און דעם טאָג, פון דעם און 
דעם כוידעש, אין דעם און דעם יאָר גייט איבער דאָס הויז פון מוישע 
מאשבער, מיטן פּלאץ, אף וועלכן ס'געפינט זיך, צוזאמען מיטן הויף, מיטן 
סאָד און מיט אלע אנדערע געבײַען, װי קאמערן, שטאלן אוכדוימע -- פון 
דאן און װײַטער אין רעשוס פון דעם נײַעם אייגנטימער, פון סרולי גאָל, 
פאר א געוויסער סומע (אָנגעוויזן די גרייס), וועלכע דער נײַער אייגנ- 
טימער, סרולי גאָל, האָט אױיסגעצאָלט מעזומען דעם אלטן -- מוישע 
מאשבער... געכאסמעט פונעם לעצטן און נאָטארייאל באשטעטיקט און 
געשטעמפּלט, אז קיינע ענדערונגען און כאראָטעס קאָנען שוין דאָ ניט 
געמאכט וערן און ניט פאָרקומען, סײַדן נאָר מיטן גוטן ווילן און מיטן 
העסקעם פונעם צווייטן צאד, פונעם נײַעם אייגנטימער, פון סרולי גאָל.. 

איז אָט, אז סרולי גאָל האָט ארײַנבאקומען אָט דעם אָפּמאך -- אויסגע- 
פארטיקט, װי געזאָגט, דורך דער געניטער האנט פון איציקל זילבורג, 
וועלכער האָט די גאנצע צײַט, בייס ער האָט זיך באשעפטיקט מיט אים 
באם נאָטאריָוס, נישט געקוקט אין די אויגן נישט סרולין, און אוואדע נישט 
מוישע מאשבער, וועלכער האָט אויסגעזען וילד פארכושט און דער- 
שלאָגן, -- האָט זיך סרולין אין דער ערשטער מינוט געדאכט, אז ער פילט 
א ביסל נעץ פון עפּעס א טרער, װאָס מוישע מאשבער האָט אף דעם 
פּאפּיר יאָ, אָדער מעגלעך, אויך נישט -- אָפּגעלאָזט, אָבער װאָס אין די 
אויגן בא אים האָט ער זי זיכער געזען -- די טרער. 

װי סרולי האָט דאָס ניט פאָרויסגעזען און געצילט דערצו, איז אָבער 
איצט, אז ער האָט באקומען דאָס געצילטע אין האנט ארײַן, אזוי האָט ער 
זיך גלײַך אָפּגעקערעװעט פון צו קוקן אף מוישע מאשבער, און אויך 
אפילע אף איציקל זילבורג, און אָן א זײַ-געזונט און ניט זאָגנדיק קיין 
װאָרט, האָט דאָס הויז פון נאָטאריוס פארלאָזט, דער שװועל זײַן שטומען 
רוקן געוויזן, און -- דאָס צווייטע מאָל זינט מיר קענען אים -- האָט זיך 
הײַנט אין שענק אװעקגעלאָזט. 


28* 446 


דאָס מאָל אָבער ניט צו שאַלעם-ארענען אין װײַנשענק, װײַל שאָלעם- 
ארענען האָט ער געדענקט ניט צום איבעריק גוטן נאָך פונעם ערשטן מאָל, 
ווען ער האָט זיך מיט אים גאָרניט בעשאָלעם אויסגעהאנדלט. אויך צו 
זכאריע דעם שענקער -- ניט, װײַל דאָרט איז א שטיי-שענק, דה. אן אָרט 
נאָר אף איבערצוכאפּן, אָבער אף לענגער צו פארברענגען אין דאָרט צו 
ענג און קיין פּלאץ ניטאָ. איז ער דערַום אוועק צו יוינע שענקער, װאָס 
כאָטש צו גיין אהין איז װײַט, אָבער דערפאר װעט ער, גייענדיק אהין, 
קאָנען האלטן אין זינען מוישע מאשבער און זיך פאָרשטעלן, װיָאזוי יענער 
האָט אויסגעזען באם נאָטאריוס בייסן אויספארטיקן דעם אָפּמאך, און װי 
איצט -- שוין נאָך דעם, 

ער האָט זיך פאָרגעשטעלט, וי צװישן אלע איבעריקע געדאנקען מוי- 
שע מאשבערס קומט אים איצט געוויס אוף דער געדאנק וועגן צאלי דער- 
בארעמדיקער... מידערציילט וועגן יענעם, אז יעדער מאָל, ווען עמעצער 
אין שטאָט האלט בא אָנזעצן און מאכט האכאָנעס איבערצוטרעטן זײַן 
קלייט, קראָם אָדער אנדערע געשעפטן צו אן אנדערן, -- און וי געוויינלעך 
ווערן דאָך אזוינע זאכן געמאכט באנאכט, ווען קיינער זעט ניט, און ווען 
בא איינעם א לאָמפּ, אָדער א ליכט, װוערן דעמלט אין קראָם די סכוירעס 
געפּאקט, געווויגן, געמאָסטן, איבערגעציילט און איבערגערעכנט, איידער 
זיי דארפן אריבערגיין אין רעשוס פון נײַעם באלעבאָס, -- איז אָט דעמלט, 
דערציילט מען, דערהערט זיך מיטאמאָל א קלאפּ פון דרויסן... מ'ידערשרעקט 
זיך, אָבער מ'שטויסט זיך גלײַך אָן, װער סאיז דער פּארשוין, װאָס 
ווייסט זיך צוצושטעלן אין אזא סוידעסדיקער שאָ, -- אז דאָס איז צאלי, 
װאָס דארף אלעמאָל בא אזא געהיים שטיקל ארבעט ארײַנכאפּן זײַן כיי- 
לעק, -- אנדערש, שרעקט ער, גייט ער דערציילן, אנדערש, װעט ער באלד 
אהער אלע באלכויוועס צונויפרופן, אנדערש, איז ער פּאָטעפאלנע די גאנ- 
צע שטאָט אופוועקן, מאכן א גוואלד און אן אופגעלויף... מע ווייסט דאָס. 
און אז ער קלאפּט אָן און מ'עפנט אים אוף, קומט ער ניט ארײַן אינװייניק, 
נאָר שטעקט ארײַן די האנט דורך דער שפּאלט פון טיר, און מע ווייסט 
שוין ווידער, װאָס די האנט פאָדערט: , לויייעכרעץ-געלט"ג.. מ'לייגט אין 
איר ארײין אזויפיל, וויפל מ'מיינט, אז ס'וועט גענוגן, אָבער יעדער מאָל 
כאפּט צאלי א קוק דורכן שפּאלט אף דעם געגעבענעם און גיט א זאָג: 
ווייניק"... ווייסט מען שוין, אז מע דארף דערלייגן. אנדערש, גייט ער ניט 
אוועק, אנדערש, קאָן ער נאָך לענגער שטיין מיט דער האנט ארײַנגע- 
שטרעקט, װאָס דאָס איז דעמלט, באנאכט, בא אן איינציק-אָנגעצונדענעם 
לאָמפּ אַדער ליכט אין קראָם, גאָרניט אָנגענעם און װײיניק װאָס 
געװוּנטשן. 

יאָ, מוישע מאשבער זעט שוין איצט געוויס צאלי דערבארעמדיקערס 
האנט צו אים אויסגעשטרעקט.. אויך זעט ער פאר זיך שאָלעם שמאראאָן, 
װאָס כאָטש יענער אָן א האנט, כאָטש יענער, דאכט זיך, רײַבט זיך אלע 
מאָל בא א פּארקן פון אניוועס און פון ניט װעלן, מ'זאָל זײַן פרום קעפּעלע 


: געלט פאר ניט בילן, הייסט עס. 


24 


ארויסזען, דאָך מאכט ער דאָס ניט ערגער פון א צאלין. און אין געגעבענעם 
פאל, דאָ מיט מוישע מאשבער, האלט שאָלעם א לאָקערדיק אויג אף זײַן 
קאָנטאָר, אז טאָמער װאָס, טאָמער הייבט זיך אָן, זאָל ער זײַן דערבל, 
זאָל ער ניט פארשפּעטיקן און דעם נײטיקן מאָמענט ניט דורכ- 
לאָזן... 

מוישע מאשבער, -- האָט סרולי װײַטער געטראכט, -- ווייסט שוין גע- 
וויס, אז אויך אזוינע, װי ,קעצעלע?, דרייען זיך שוין די לעצטע צײַט 
ארום זײַן שטוב און קאָנטאָר, קעדיי ניט צו פארשלאָפן די גסיסע און אין 
געהעריקן מאָמענט ארײַנצוכאפּן װאָס געהעריק.. זיי טוען דאָס אָדער 
אליין, אָדער זיי האָבן זיך זייערע אָנגעדונגענע, װי א שמוליקל שלעגער, 
װאָס היטן, וואכן, און װאָס איבער דעם, אז מוישע מאשבער גייט די לעצ- 
טע צײַט פון קאָנטאָר אהיים, װוי פון דער היים אין קאָנטאָר, קערט ער 
זיך אלע װײַלע מיסטאם אום, װי ער װאָלט זיך ריכטן, אז אן אומגעריכ- 
טער, א נישט-געװוונטשענער זאָל אים אין די פּלײצעס אָניאָגן מיט א 
שלעכטן רוף, מיט א שלעכט װאָרט אָדער נאָך מיט ערגערס. 

אָט אזוי האָט סרולי, גייענדיק צו יוינען, וועגן מוישע מאשבער גע- 
טראכט, און אז ער איז, לעסאָף, ארײַן אין שענק און זיך געהייסן דער- 
לאנגען, װאָס מ'פאָדערט אין א שענק, האָט ער גענומען טרינקען אי פאר 
זיך אי פאר מוישען, װי ער װאָלט אים אָדער געהאט פאר א לעבעדיקן 
שוטעף בא דער זײַט, אָדער װי ער װאָלט כוץ זײַן אייגענעם קאָפּ אויך 
יענעמס אף זײַנע אקסל געטראָגן. 

מ'דארף קלערן, אז יוינע האָט געװוּסט סרוליס פריַערדיקע ראָל אין 
שטאָט בא אלעמען און דאָס אָרט, װאָס ער פארנעמט איצט באזונדערס 
בא לוזין... און דערום, אז ער האָט אים דערזען אונטער זײַן דאך פאר א 
גאסט אָנקומען, האָט ער זיך עפּעס דערפרייט, נישט וויסנדיק נאָך אייגנט- 
לעך, װאָס צו טאָן מיט אים, און צי איז שוין די צײַט דערוף, אָבער דאָך 
מיט א געפיל פון א יעגער, װאָס דערפילט א געפאנג צו זײַן כאפּישטײַגל 
נאָענט... 

אז סרולי האָט איין מאָל און צוויי מאָל אויסגעטרונקען, האָט ער אויך 
איצט, װוי אמאָל בא שאָלעם-ארענען אין װײַנשענק, גענומען רעדן און זיך 
דורכשמועסן מיטן גלעזל... ער האָט גערעדט, און יוינע האָט א װוּנק געטאָן 
צו דעם איינציקן פּארשוין, װאָס האָט זיך גראָד דעמלט אין שענק גע- 
טראָפן, אז יענער זאָל זיך אונטערוקן און, װוי װײַט ער קאָן, צו סרוליס 
ווערטער זיך אײַנהערן 

דער פּארשוין -- א גאלאנטאָן, א ליידיקגייער, מיט אונטערגעהויבענע 
אקסל און מיט א געוויסן קוק פון אונטער אן אראָפּגערוקטן דאשעק, האָט 
אף יוינעס באפעל זיך צוגערוקט צו סרולין, און, א װוּנק טוענדיק צוריק 
צו יוינען, האָט ער אים װוי פארזיכערט, אז ער מעג רויַק זײַן;: דער פויגל 
פּיקט, הייסט עס, און אז װאָס פאר א װאָרט יענער װועט נישט ארױסלאָזן, 
וועט עס פארן פּארשוינס אוער ניט פארלוירן גיין, 

שוין פון לאנג אָפּגעװױנט פון טרינקען, און דער איקער נאָך דער- 
פאר, װאָס סרולי האָט איצט, װי געזאָגט, צוויי קעפּ אף זיך געטראָגן-- 


28--9 448 


זײַנעם און מוישע מאשבערס -- האָט ער דערום, וי נאָר ער האָט די 
ערשטע פּאָר קויסעס ארײַנבאקומען, באלד שוין ביידע קעפּ צוזאמענגע- 
מישט געהאט, און האָבנדיק נאָר איין צונג אין מויל, האָט ער פאר ביידע 
מיטאמאָל גענומען פּלאָנטערן און א האלב-ישיקערע רעדע האלטן: 

-- טאָמער ווייסטו, צו װאָס האָט אים די גאנצע מײַסע געטויגט? מע 
װאָלט געקאָנט מיינען: א קוילער, א גאזלען, װאָס קילט זיך ניט, ביז ער 
זעט ניט יענעמס בלוט אף דער סטעזשקע. אָדער אז ער טראָגט נאָך אלץ 
דעם האס פאר דער באליידיקונג, װאָס ער קאָן ניט פארגעסן און ניט מויכל 
זײַן... אז ס'הייבט זיך גאָרניט אָן! אָסער!.. ניין, ניט קיין גאזלען איז ער, 
סרולי, אויך די באליידיקונג שפּילט דאָ קיין ראָליע. ער שווערט זיך בא 
דער מאשקע, װאָס ער טרינקט, אז ניט דאָס איז די סיבע. די סיבע איז, 
מעגלעך, גאָר דאָס, װאָס מע האָט אים, סרולין, פון אויבן, באשטימט פאר 
יענעמס לעבעדיקער שטראָף, און אז ער פירט דאָ אויס, אָן זײַן אייגענעם 
ווילן, דאָס, װאָס די בײַטש פירט אויס אין דער האנט פון דעם, װאָס 
שמײַסט מיט איר: ער איז די בײַטש פון דער האשגאָכע. און אויב אזוי, 
שװערט ער וידער בא דער מאשקע, אז ס'איז עפשער שוין גענוג גע- 
שמיסן... הא? ער האָט מוישען אײינמאָל געזען באם ברודער אין א גע- 
וויסער לאגע, ער האָט זיך אים אויך פאָרגעשטעלט, ווען שמוליקל שלע- 
גער איז צו אים געקומען מיטן געוויסן באזוך, װאָס, װי שמוליקל האָט 
אים דערנאָך דערציילט, האָט ער זיך געמוזט פריַער גוט אָנשיקערן, איי- 
-דער ער האָט זיך געלאָזט אין ,קעצעלעס" שליכעס, און אָט וי ווייך ער 
איז זיך דעמלט ניט באגאנגען און זיך ניט געהאלטן אין מוישע מאשבערס 
שטוב, האָט ער דאָך מיט א שיקערער פויסט געמאכט קלינגען אלץ, װאָס 
אפן טיש, דאָס גאנצע גלאָז אין די שאפעס און אין די פענצטער די שויבן. 
נו, און הײַנט אָט דער אָפּמאך, װאָס ער, סרולי, האָט אים איצט בא זיך 
אין קעשענע ליגן, וועלכער האָט אים געדאכט צו זײַן עטװאָס נאסלעך 
פון א טרער, װאָס מוישע מאשבער האָט אף אים -- יאָ אָדער ניט -- אָפּי 
געלאָזט, אָבער װאָס אין די אויגן בא יענעם האָט ער זי, זיכער, געזען -- 
די טרער. און אויב אזוי, איז עפשער גענוג דיר, סרולי, צו זײַן די בײַטש? 
און עפשער האָט שוין יענער זײַן קאָס ביזן דנאָ אויסגעטרונקען, און עפ- 
שער װאָלסטו אים איצט געשטעלט א נײַעם צו זײַן טרייסט? 

-- הא? -- האָט זיך סרולי דאָ געװענדט צו מוישע מאשבער און וי 
געפרעגט א האסקאָמע אף זײַן פאָרשלאָג. 

- יאָ, -- האָט אים געדאכט צו באקומען אן ענטפער פון יענעם, און 
ער האָט זיך אויסגעקערעוועט צום פּארשוין, וועלכן ער האָט גראָד געפונען 
הינטער זיך זיצן, און מיינענדיק אין טאָעס, אז יענער איז א שענק-מעשאָ- 
רעס, האָט ער זיך געװוענדט צו אים, ער זאָל זײַן אזוי גוט, און נאָך איינע 
א גלאָז דערלאנגען: ער דארף -- וועמען ער דארף -- זײַנעם א נאָענטן 
מעכאבעד זײַן, 

-- הא? װאָס רעדט ער דאָרט? -- האָט יוינע א פרעג געטאָן דעם 
פּארשוין, װאָס איז אונטערגעקומען אין סרוליס שליכעס. 

-- כ'פארשטיי ניט א װאָרט, ער וויל א גלאָז, -- האָט דער פּארשוין 


449 


געענטפערט, און דערבײַ האָט ער א ווונק געטאָן מיט אן אויג און מיט א 
פּיק פון א פינגער אין דער רעכטער זײַט גאָרגל באוויזן אף סרולין, אז 
ער איז שוין פארטיק, הייסט עס, פארקנאקט... 

-- גיי, גיב אים און הער װײַטער. 

-- צו װאָס? 

-- מ'דארף, און אז מ'הייסט, פאָלג. 

אז יענער האָט דערנאָך סרולין געבראכט, װאָס סרולי האָט פארלאנגט 
פון אים, האָט סרולי אים א װײַלע פארװונדערט אָנגעקוקט, שוין נישט 
געדענקענדיק, װאָס ער האָט בא אים פריַער א מינוט געפאָדערט. און אז 
יענער האָט א זאָג געטאָן: ,א גלאָז... א גלאָז האָט איר געבעטן...", האָט זיך 
סרולי גלײַך דערמאָנט: יאָ, ריכטיק... און ער האָט שוין מיט פולע איבער- 
גייענדיקע אויגן גענומען אָנגיסן א פולע איבערגייענדיקע גלאָז, קלאָמ- 
פּערשט, פארן צווייטן, פאר יענעם, פאר מוישע מאשבער, וועלכן ער האָט 
אָקאָרשט שיר שוין ניט פארגעסן. 

ס'איז געווען שטיל אין שענק. נאָך האלבן טאָג. קיינער, אויסער יוי- 
נען, װאָס איז געשטאנען הינטערן פארקויף-טיש אין הוילע העמד-ארבל, 
און אויסער אויך דעם ליידיקגייערשן אונטערװעלט-פּארשױן, האָט זיך 
איצט קיינער אהין ניט געוויזן. און סרולי, װאָס איז שוין געווען היפּש 
בעגילופן און האָט שוין אלעמאָל דורכגעפירט א פינגער פון זײַן רעכטער 
האנט פאר זײַנע אייגענע אויגן, װוי ער װאָלט זיך אליין פאר עפּעס גע- 
װאָרנט, און באלד טאקע פארגעסן אי די װאָרענונג, אי דעם פינגער, -- 
סרולי, אז ער האָט באקומען פון יוינעס פּארשוין די גלאָז און האָט זי אָנ- 
געפילט פארן צווייטן, פאר דעם, װאָס האָט אים געדאכט אנטקעגן זיך אף 
א בענקל צו זיצן, האָט דעמלט א זאָג געטאָן, אײַנלאדנדיק דעם 
צװייטן; 

-- טרינקט און וויינט ניט, מוישע מאשבער, װײַל דער שמײַסער האָט 
דאָ, דאכט זיך, ניט געמיינט נאָר אײַך, נאָר אין אײַער געשטאלט -- אלע 
אנדערע אײַער גלײַכן: א מין רעמעז, ויַאזוי די פון אויבן קאָנען זײַן 
אונטן און די אונטערשטע -- אויבן... װאָס זשע געהער אים, סרולין, דער 
רוט פונעם שמײַסער, איז זאָל ער גלייבן, אז ס'איז אים גאָר א קליינער 
קאָװעד אויסצופילן יענעמס שליכעס און דינען פאר א זאך, װאָס מצייט 
זיך מיט איר דורך איבער גאָרניט קיין בעקאָװעִדיק אָרט, זאָל זײַן אפילע 
פון א גאָר בעקאָװעדיקן מענטשן... ס'שטייט אים גאָרניט אָן, און ער האָט 
קליינעם נאכעס דערפון, און אויב ער ויל וויסן, דער, װאָס זיצט אים 
איצט אנטקעגן -- מוישע מאשבער -- האָט ער, סרולי, דאָס אלץ געטאָן 
און זיך א שטיק אין זײַן גוירל ארײַנגעריסן, קעדיי, פארקערט, ארויסצו- 
רײַסן א שטיק רוט פון דער האנט פונעם שמײַסער, פון דער האשגאָכע, 
הייסט עס, װאָס אף איר טראָגט ער, סרולי, זינט ער איז צו זײַן סייכל גע- 
קומען, דאָס עמעסע הארץ... זעענדיק, װי זי הייבט מענטשן אומזיסט און 
ווארפט מאראָכעס מוירעדיק, האָט ער זיך איר אײינמאָל געװאָלט שטעלן 
אין וועג, װועלנדיק קעמפן קעגן איר אומפארמײדלעכקײַט און זי ניט דער- 
לאָזן צו קיין ווילקיר... און עפשער האָט ער דאָס געטאָן ניט צוליב אים, 


4250 


צוליב מוישען, נאָר צוליב זײַן ברוֹדער לוזין, װאָס (א סאָד דארף ער אים 
דאָ זאָגן) יענער איז אים זייער און זייער טײַער... הא? 

-- װאָס האקעט ער דאָרט! -- האָט יוינע א פרעג געטאָן מיט א װוּנק 
בא זײַן אונטערגעשיקטן פּארשוין. ער האָט זיך ניט באנוגנט מיטן װוּנק 
און איז גלײַך ארויס פון הינטער זײַן פארקויףיטיש אין די העמד-ארבל 
און צוגעגאנגען צום אָרט, װוּ סרולי איז געזעסן און געטרונקען און גע- 
פירט דעם געשפּרעך מיט זיך אליין. 

-- ער פארשטייט ניט א װאָרט, עפּעס בעבעט ער דאָרט מיט איינעם, 
מיט א מוישע מאשבער. עפּעס זאָגט ער: א סאָד -- א לאָך, בײַטש, רוט, 
שמיץ, שטעקעלע און די כאָליערע ווייסט װאָס. 

-- פארשטייסט ניט? אין לאָז מיך, -- האָט יוינע יענעמס אָרט פארנו- 
מען, זיך צוגעזעצט און צו סרוליס רייד אן אוער צוגעלייגט. 

-- אזוי, -- האָט סרולי, נישט קוקנדיק, װאָס הינטער זײַנע פּלײצעס 
טוט זיך, פאָרגעזעצט, -- אזוי, אז א רוט צו זײַן, אין וועמעס האנט סזאָל 
ניט זײַן, האלט סרולי פאר זיך פאר גאָר א קליינעם קאָװעד, און געמיינט 
האָט ער דאָ -- זאָל מוישע מאשבער, װאָס זיצט איצט אנטקעגן אים, 
וויסן ניט קיין קאפּריז און צולאָכעס אויספירן, נאָר דאָס, װאָס איז אמאָל 
צווישן זיי אין לוזיס שטוב געוען אָפּגערעדט.. אײַ װאָס, ס'שטייט אים 
נישט אָן, ס'א יערידע, און װאָס װעט די וועלט זאָגן, און ער, מוישע אליין, 
האָט שוין דערפאר קיין וערטער ניט, נאָר טרערן, -- איז נא, מיילע, מע 
האָט שוין געזען ערגערס: מע האָט שוין געזען אזוינע, װאָס האָבן גאָר 
קיינמאָל ניט געהאט װאָס אָנצוּװוערן, און אויך אזוינע, װאָס זײַנען אראָפּ- 
געפאלן פון א פיל העכערער הייך, פון וועלכער ער, מוישע, פאלט איצ- 
טער... אלנפאלס, פאר אזוינע, װי ער, װי סרולי, זײַנען אזוינע זאכן א 
קנאפּע טפילע. און אלנפאלס זאָגט ער אים צו -- כאָטש ער איז קיין גאָט 
ניט, -- אז זײַן געוויין װועט ערגעץ דערהערט װערן... 


-- הא, ער וויינט װײַטער? נו, איז א סימען, אז ער האלט שוין װײַט, 
אז ער איז באטרונקען, האָט דעם קאָפּ פארלוירן און דארף זיך גיין צו" 
שפּארן -- ער, מוישע, ניין, ניט מוישע, נאָר טאקע ער, סרולי, װאָס אניט, 
װעט מען דאָ אין שענק אים אָנעמען פאר שיקער און האָבן א שלעכטע 
מיינונג וועגן אים, 

-- הא, -- האָט ער זיך אויסגעדרייט און דערזען א פֹּאָר פּארשוינען 
הינטער זיך -- יוינען מיט זײַן שוטעף, -- הא, ייַדן, װאָס װעט איר זאָגן 
מיקויעך זיך צולייגן? מיקויעך דאָ, בא אײַך טאקע, אויב מ'קאָן זיך אהיים 
שוין נישט דערקלײַבן? 

-- פארװאָס ניט? -- האָט יוינע א זאָג געטאָן. -- אויב ער האָט נאָר 
געלט צו באצאָלן פאר קאָפּ און קישן און פאר נאכטלעגער. 

-- ער האָט, אוואדע האָט ער! װאָס זשע, אָן געלט? -- האָט סרולי זיך 
גענומען צעצאָלן אי, ערשטנס, פארן געטראנק, װאָס ער האָט געטרונקען, 
אי, צווייטנס, פארן געלעגער, װאָס מע װעט אים דאָ, באלד, טאקע אפן 
אָרט, פאָרלייגן, 


81 


ער האָט געצאָלט און איבערגעצאָלט, נאטירלעך; און אויך נאָכן איבער" 
צאָלן איז אים אין דער האנט נאָך געבליבן אזויפיל, אז בא יוינעס פּאר- 
שוין האָבן זיך די אויגן צעפינקלט, װי בא א קאץ אין דער פינצטער, 
זעענדיק, אז ער קאָן דאָ ארײַנבאקומען, אָן שום ריזיקע, דאָס, אין װאָס 
אזא איינער נייטיקט זיך באשטענדיק -- געלט. 

-- פיר אים אָפּ צו בראָכען, -- האָט יוינע א זאָג געטאָן צום פּארשוין, 
און יענער האָט סרולין פאר א האנט אָנגענומען, װײַל סרולי האָט, פּרוּווג- 
דיק זיך אופשטעלן און פון בענקל אופהייבן, זיך גלײַך געמוזט צוריק 
אראָפּלאָזן, נישט האָבנדיק קיין קויעך און דעם נייטיקן גלײַכגעװיכט. 

-- טו מיט אים װאָס דו װילסט, נעם, װאָס דו דארפסט, נאָר ארויסלאָזן 
זאָלסטו אים אזוי און אזוי: מיט קלעזמער און מיטן טשאק... -- האָט יוינע 
זײַן פּארשוין אָנגעזאָגט, האלב מיט װערטער, האלב מיט װוּנק, וועלכע 
יענער, װײַזט אויס, האָט וי געהעריק פארשטאנען... 


בראָכע האָט געװוינט נישט װײַט, אין אן עק פון דריטן רינג, אין 
א הינטערגאס פארוקט, װוּ די הײַזער האָבן זיך געפונען אין גרויסע הויפן, 
װאָס האָבן אויסגעזען, װי פּוסט-פּלעצער, און װאָס, שטייענדיק הינטער 
זייערע פּארקנס, האָט מען נישט געקאָנט גלייבן, אן דאָרט, אין אזא 
פארוקטקײַט, איז װוער געווען א באלן זיך בויען א שטוב אָדער א װאָסער- 
ניט-איז אנדער ביניען, 

יענער העק האָט געדינט פאר א שוץ-יערטל פאר א פּערעלען און פאר 
דער איליאָוועכען, וועגן וועלכע מיר האָבן שוין איינמאָל דערמאָנט, װאָס 
טוען זייערע געשעפטלעך אין דער פינצטער און װאָס װײַטער פון א 
מענטשנס אויג פארשטעלט. דאָרט האָט מען אויסגעהאלטן די מיידן, װאָס 
,אף דער צייט", ביזן , האָבן"; דאָרט פאר איליאָוועכען דאָס געבענטשטע 
אָרט אף צו קאָנען זיך באגיין מיט אירע , פּיטיוקלעך? און , מאמזיירים", 
וי זי פלעגט זיך באגיין מיט אזוינע, דה. מיט האלטן זי אף אזוינע מינים 
קעסט, אז זיי פלעגן גיך געל און גרין ווערן און אָן לאנגע שיעס אָפּגעבן 
די נעשאָמעס, קעדיי צו באפרײַען זייערע געלעגערלעך פאר אנדערע, װאָס 
קומען זיי פארבײַטן, 

אָט דאָרט האָט געװוינט אויך בראָכע -- בראָכע די באָנדערקע, וי 
מ'פלעגט זי רופן -- נישט, װײַל איר מאן איז א באָנדער, נאָר דאָס אין 
א שאנד-נאָמען, װאָס שטאמט פון איר שענדלעכער פּארנאָסע, און װאָס דעם 
אייגנטלעכן באטײַט פון דעם װאָרט ווילן מיר, איבער געוויסע טײַמים, 
דאָ ניט דערקלערן. 

בעקיצער, בא בראָכען א , הײַזל", װוּ מערסטנטייל שאבעס, יאָמטעװו 
פלעגן זיך װײַזן, אמאָל אײינציקװײַז, אמאָל גאנצע בינטלעך, יוגנטלעכע 
באלמעלאָכעס, צוליב וועלכע אייניקע באשטענדיקע , מיידלעך? זײַנען אויס- 
געהאלטן געװאָרן אף קעסט און מיט דירע. און אויב די שטענדיקע האָבן 


459 


אמאָל ניט געניגט, אזוי פלעגט זיך בראָכע ווענדן אויך צו פּערעלעס און 
איליאָוועכעס אמען און ערעוודאמען פאר א קליין געצאָלטס נאָך מיטהילף... 

די פּאָדערשטוב האָט געשמעקט טוכלע, וי א פארלאָזטער שענק; די 
ווענט ניט געטינקעוועט, אָדער דער טינק שוין לאנג אָפּגעריבן; די סטעליע 
נידעריק, דער דיל א צעפאָרענער און אין שפּאלטן, און אין שטוב קיין 
מעבל, אויסער א לאנגער שלעכט-געהובליעוועצטער טיש, אויך בענק אזוי- 
נע. און נאָר א פַּאָר בילדלעך אף די ווענט פאר די באזוכער, אויב זיי קומט 
אויס אמאָל צו ווארטן, זיי זאָלן האָבן אף װאָס זיך צו פארקוקן. 

בילד איינס: א בראווער רוסישער קייסער מיט א שװערד און אקסל- 
באנדן, מיט א װײַסימילכיק פּאָנעם, װי בא א לובאָקישן מאלעך, האלט 
דעם קיווער און א הענטשקע אין איינער א האנט און איינעם א פוס קא- 
וואלעריש ארויסגעשטעלט.. 

בילד צוויי: א טערק אין ברייטע, גרינע פּלודערן -- שטייט און קוקט 
אף עפּעס א נאקעטער נעקייווע, װאָס גייט אוף פון וואסער, פון א מין 
באסיין, און װאָס מערסטנטיילס בראָכעס באזוכער, אז ס'איז זיי אויסגעקו- 
מען צו ווארטן, האָבן אף איר, אף אָט דער פרוי, זייערע בליקן געווענדט. 

בראַכע --א דרײַסיקיעריק הויך-פריילעך װײַבל -- אז זי פלעגט דער- 
זען, װי איינער האלט די אויגן אהין אָנגעשטעלט, אזוי פלעגט זי צו אים 
צוגיין, אים א טאָרע טאָן פון הינטן, און א זאָג טאָן היימיש און אונטער- 


פירעריש: 
-- װאָס קוקט ער אזוי? -- פלעגט זי זאָגן. -- פון קוקן האָט מען נאָר 
סליונע אין מויל... באלד װעט זײַן פרײַ... -- און זי פלעגט אים אָנװײַזן 


אף דער טיר, װאָס פירט אין צוייטן צימער, אף וועלכן דער פּארשוין 
האָט, אָן אירע אָנװײַזונגען, שוין פון לאנג אליין געווארט. 

אופנעמען פלעגט דאָרט, אין צווייטן צימער, אף א געוויסן סאָרט בעט, 
א געוויסער סאָרט פרויען, פון וועלכע ס'האָט געשמעקט מיט נישט געלופ- 
טערטער שטוב, מיט ניט איבעריק זויבער וועש און בעגאָדים און פון זיי 
אליין -- מיט עפּעס שארפע און ביליקע קאפּצאָנישע מײַכאָלים, 

אמאָל, אין א װאָכעדיקן טאָג, װען באזוכער וייניקער, פלעגט מען 
זיך דערלויבן מיט א קונד עטװאָס לענגער פארברענגען: פריִער, אין פאָ- 
דערצימער, אים א נאקעט-ווארעמלעכן אָרעם אפן האלדז ארופלייגן, דער- 
נאָך ערשט מיט אים אין צווייטן צימער, אף לענגערן צוזאמענזײַן, אוועק... 


6 + *+ 


אז יוינעס פּארשוין האָט זיך איצט אינמיטן העלן טאָג צו בראָכען 
ארײַנגעשטעלט, איז דעמלט קיינער פון בראָכעס באשטענדיקע אין שטוב 
ניט געווען. אָבער נאָך דעם װי דער פּארשוין האָט א װוּנק געטאָן צו בראָ- 
כען און איר געגעבן צו פארשטיין, וועמען ער האָט געבראכט און װאָס 
ס'פאָדערט זיך פון איר, -- אזוי האָט זי זיך גלײַך א לאָז געטאָן אין א 
צװוייטן, אין א דריטן הויף, צו פּערעלען, אָדער צו אן איליאָװועכען, אף 
אָפּצוזוכן און אהער צו רופן איינע אן איריקע, און אז זי האָט געפונען 


493 


און זי אין שטוב ארײַנגעבראכט, אזוי איז יענע גלײַך צוגעקומען צו סרולין 
מיט א פארסאָפּעט מויל און מיט א רייעך פון א שארף-קאפּצאָניש מײַכל, 
ערשט נישט לאנג אָפּגעגעסן, און א זאָג געטאָן: 

-- װאָס באגערט א פעטער? 

-- פון דיר? -- גאָרניט! -- האָט סרולי מעשונע א קוק געטאָן אף איר 
און אף אירע גרויסע דינע אוירינגען, װי די רייפן, נישט פארשטייענדיק, 
װאָס זי װויל פון אים. -- א בעט, שלאָפן וויל ער. 

-- ליוליען, הייסט עס? מיט, אָדער אָן..: -- האָט בראָכעס באשטענדי- 
קע פרעך א פרעג געטאָן, און דערבײַ געפּרוּוט ארופלייגן א האנט אף 
סרוליס האלדז-און-נאקן און בעשאס-מײַסע גאָר נאָענט אים אין די אויגן 
ארײַנקוקן. אז סרולי האָט זיך נישט געלאָזט און זיך אָפּגעדרײט, האָט זי 
אים אין אוער אײַנגערױמט עפּעס אזוינס, װאָס װי סרולי איז ניט געווען 
באטרונקען און וי שוין לאנג ניט װײַט פון אזעלכע זאכן, האָט ער דאָך 
אף א װײַלע זיך דערפילט אי װוי אויסגעניכטערט, אי וי פון נאָך עפּעס 
פארשיקערט, 

-- הא? -- האָט בראָכעס באשטענדיקע א פרעג געטאָן און נאָך נעענ- 
טער אים עפּעס אין אויער ארײַנגעזאָגט. 

סרולין האָבן זיך אף א װײַלע די אויגן אױסגעלײַטערט. ער האָט 
זיך גענומען ארומקוקן אף דער שטוב און דערפילט, אז עפּעס האָט ער 
דאָ ניט געהעריק ארײַנגעטראָפן: אז עפּעס אין אן אָרט, װוּ ס'איז אי ניט 
אָנשטענדיק און אי ס'קאָן מיט אים עפּעס ניט גוטס געשען. ער האָט זיך 
אָבער לאנג ניט באהערשט און באם קלאָרן זינען זיך ניט געקאָנט האלטן, 
אזוי, אז װאָס ס'איז מיט אים װײַטער פאָרגעקומען, געדענקט ער שון 
שוואך, מעטושטעש, האלב יאָ און האלב ניט זיכער. 

דאכט זיך, אז ער האָט זיך געטראָפן ליגן אין א בעט מיט יענער פרוי, 
װאָס האָט אים די ערשטע מינוטן באגעגנט מיטן פארסאָפּעטן מויל און 
האָט אים אײַנגערױמט אין אוער דאָס אומאָנשטענדיקע. דערנאָך, האָט 
אים געדאכט, אז, אויסער דער פרוי, האָט ער דערזען שטיין איבערגעבויגן 
איבערן בעט יענעם פּארשוין, װאָס האָט אים פון יוינעס שענק אונטער דער 
האנט געפירט און צו בראָכען געבראכט, און װאָס די גאנצע צײַט, ביז ער 
איז צום בעט צוגעקומען, האָט ער הינטער זײַנע פּלײצעס מיט בראָכען זיך 
עפּעס געסוידעט -- שורעם-בורעם -- און אויך דער בראָכעס באשטענדי- 
קער האָט ער הינטן-יארום פארשיידן געװוּנקען און פארשיידענע אָנװײַזוג- 
גען געגעבן, ויאזוי זי זאָל זיך מיט אים באגיין, װי אים פירן, באלייגן 
און װאָס װײַטער מיט אים צו טאַן. 

ס'האָט אים אויך געדאכט, אז דער יינע-פּארשוין האָט אים אין די 
קעשענעס געזוכט, און אז װוען ער האָט באדארפט, האָט ער אים, װי א 
קלאָץ, פון זײַט אף זײַט איבערגעקערט, און אפילע -- ס'אוואדע א בי- 
זאיען צו זאָגן --נאָר ווען יענער האָט בא אים ארויסגענומען דאָס רעשט 
געלט, װאָס איז אים געבליבן נאָכן צעצאָלן זיך מיט יוינען, האָט ער אים, 
שוין אָן צערעמאָניעס, דאכט זיך, פון בעט אראָפּגעשלײַדערט, און זײַן אָרט 


04 


ן 





לעבן בראַכעס באשטענדיקער פארנומען, און װאַס װײַטער ס'איז צװישן 
יענע געשען -- איז שוין אוואדע א ביזאָיען צו זאָגן... 

ס'האָט אים װײַטער געדאכט, אז נאָך דעם, װי ער איז א שטיקל צײַט 
אזוי, אן אראָפּגעוואלגערטער, אף דער ערד געלעגן, און פון ליגן אפן 
דיל האָט ער זיך פּאמעלעך, פּאמעלעך גענומען אויסניכטערן, אזוי האָט ער 
דערזען, װי די שטוב האָבן פארפולט עפּעס פּארשוינען, אָנגעקומען פון 
יענער גאס און פון יענע פארוקטע הויפן, און אלע זיי אזוינע, וי דער, 
וועלכער האָט אים אהער, צו בראָכען, געבראכט; און אויך עפּעס וי בראָ- 
כעס באשטענדיקע פרויען, א מאסע, מיט שלאבערדיקע קליידלעך, מיט 
לויזיצעשפּיליעטע קאָפטלעך, מיט אוירינגען, װי די רייפן.. און בראָכע 
מיַט נאָך אזוינע בראָכעס האָבן זיך אין די לײַבער געקנײַפּט און געקײַכט 
פון געלעכטער, און אז זיי האָבן אים דערזען ליגן אף דר'ערד, האָבן זי 
אים מיט שענדלעכע ווערטער אָנגערופן... דערנאָך האָבן אים די מאנצבלען 
פון דער ערד אופגעשטעלט און אים גענומען אויסריכטן אין וועג, אים אָנ- 
געטאָן דאָס היטל אף פארקערט, מיטן דאשעק צו דער פּאָטיליצע אויסגע- 
דרייט, און פון דער טיר ארויסבאלייט... דעמלט האָבן די װײַבער, די בראָ- 
כעס, װי מיט קאס און וי שוין קלוימערשט אופגערעגטע, גענומען שטארק 
שרײַען אף אים, אז די גאנצע גאס און די נאָענטסטע גאסן זאָלן דערהערן: 

-- נויעף! קוירע!.. אינמיטן העלן טאָג צו א מויד!. 

-- געכאפּט בא א מוד! -- האָבן שפּעטער אנדערע, װאָס זײַנען זיך 
פון גאס אָנגעלאָפן, געשריגן: -- זאָל מען אים די הויזן אראָפּלאָז!. צום 
ראָװ! נעמט אים, פירט אים, אזא אלטער טערעך! 
- = ס'אוואדע געווען א ביזאָיען... גוט נאָך, װאַס דער פּארשוין, ופטער 

האָט סרולין די קעשענעס אויסגעליידיקט, האָט כאָטש ניט אוועקגענומען 
דעם אָפּמאך, װאָס סרולי האָט בא זיך געהאט. ער האָט אים, געוויס, אין 
דער האנט געהאלטן, אָבער ניט וויסנדיק פון זײַן ווערט און באטײַט, האָט 
ער אים צוריק אומגעקערט. גוט כאָטש אויך, װאָס אפן אָרט האָבן זיך קיין 
מער היציקערע באלאָנים ניט געטראָפן, װאָס װאָלטן אים געקאַנט פאר- 
שלעפּן א שיקערן אין צענטער שטאָט און מאכן ארום אים אזא געזעמל, אזא 
אײַנגעלױף, װאָס װאָלט געקאָנט זײַן גרעסער, װי בא א רײַכער כאסענע 
אָדער בא אן אָנגעזעענער לעװײַע. גוט כאָטש, זאָגן מיר, װאָס מ'האָט אים 
נישט אָנגעטאָן נאָך גרעסערע ביזיוינעס, װי מיטוט אמאָל אין אזוינע הלי- 
זער, ווען מילאָזט טאקע אראָפּ די הויזן, אָדער מע קערט איבער די קא- 
פּאָטע אף דער אנדערער זײַט, און מע טוט נאָך אָן א זיפּ מיט פעדערן אפן 
קאָפּ, צום פּוץ און צום שענדלעכן טאבלטיר. 

יאָ, אויך דאָס האָט געקאָנט טרעפן... אָבער וי לײַכט און מיט װיי- 
ניק טומל סרולי איז זײַן שאנד-פּאראד ניט אָפּגעקומען, דאָך װאָלט א 
יוינע שענקער, ווען ער װאָלט אים געזען, זיך געקאָנט האלטן פאר בא- 
פרידיקט; װײַל אפילע נאָר אזוי, בא דעם קלענערן אוילעם און בא נאָר 
דעם דאשעק אף דער אנדערער זײַט אויסדרייען, אין דאָס בילד געווען 
גענוג, אז סרולי, ווען ער האָט זיך אין דעם שפּעטער דערמאַנט, אן אויסגע- 
ניכטערטער, זאָל אים אופשוידערן. 


495 


ער האָט געדענקט, װי בייס מע האָט אף אים געשריגן, האָט ער זיך 
שוואך אף די פיס געהאלטן, ער האָט זיך געוואקלט און זיך אלעמאָל, װי 
אין א שטיין, אָנגעשלאָגן, שיר נישט געפאלן, און אייניקע מאָל איז ער 
טאקע אומגעפאלן, און די געשרייען, װאָס ארום אים, האָבן אים אופגעמונ- 
טערט, און ער האָט זיך װײַטער אף די פיס געשטעלט, קעדיי ווידעראמאָל 
זיך צו ספּאָטיקען און ווידער אומצופאלן, 

ער מעג שווערן, אז ער געדענקט אויך, ויַאזוי, אז ער איז געקומען 
אין זײַן גאס, פון זײַן היים, און ניט קאָנענדיק דערגיין אהין, איז ער אן 
אָנמעכטיקער לעבן עפּעס א פּארקן אוועקגעפאלן, איזן אלעמאָל צוגע- 
גאנגען א היימישער, א באקאנטער צום רעדל, װאָס האָט אים ארומגע- 
רינגלט, און אים דערלאנגט א האנט אף אופשטיין: אָבער אזויווי ער איז 
געווען שווער און שוואך, און יענער האָט געזען, אז פון אָרט איז אים ניט 
צו רירן, האָט ער כאָטש זיך געפּרוּװוט צעטרײַבן די נײַגעריקע און דעם 
ליידיקגייערישן אוילעם ארום אים. 

-- װאָס האָט איר זיך אָנגעשטעלט? װאָס האָט איר דאָ ניט געזען? צע- 
גייט זיך! -- האָט דער היימישער און באקאנטער צו די ארומיקע גע- 
שריגן. און אלע מאָל האָט זיך סרולין געדאכט צו דערקענען דאָס קאָל 
פונעם באקאנטן, וועלכן ער װאָלט זיכער געװוּסט באם נאָמען אָנצורופן, 
נאָר מאכמעס שיקערלעכער שואכקײַט האָט ער אים ניט געקאַנט ארויס- 
ריידן, און ווען אפילע יאָ, װאָלט ער אים אליין נאָר פאר ביזאָיען אף די 
ליפּן ניט געבראכט. 

דאָס זײַנען געווען אייניקע פון די לוזי-לײַט, וועלכע זײַנען, מעגלעך, 
גראָד דעמלט די גאס פארבײַגעגאנגען. און אן אנדערש מאָל האָט אים 
געדאכט, -- אוי-וויי, אוי-וויי, -- אז אליין לוזי האָט זיך איבער אים 
איבערגעבויגן און אים מיט א לײַכטער האנט אָנגערירט, פאר וועלכער 
ער האָט זיך גאָר, גאָר פארשעמט און שיקערערהייט אפילע דעם קאָפּ פון 
אים אָפּגעקערעװעט, יענער זאָל אים אין זײַן בושע ניט זען. 

מיט איין װאָרט, סרולי האָט יענע שיקער-שאָען האלב-שוואך, נאָר דאָך 
פארגעדענקט: ער האָט פארגעדענקט דאָס, װאָס איז אף געוויס פאָרגעקו- 
מען, און אויך דאָס, װאָס ס'וואָלט נאָר מעגלעך געווען, ס'זאָל פאָרקומען; 
ווי, לעמאָשל, אזא זאך, אז ער איז מיט בראָכעס באשטענדיקער, אפן בעט 
ליגנדיק, אין אומשולד געלעגן... 


+ * * 


מיט אייניקע טעג שפּעטער האָט זיך לוזי פון אָט דער מײַסע דער- 
װוּסט, -- פון װוועמען? -- טאקע אליין פון סרולין, װאָס האָט נישט גע- 
װאָלט, אז זי זאָל דערגיין דורך אן אנדערן און ער האָט נישט פארלייקנט 
און קיין שום פּראט ניט אויסבאהאלטן און זיך אפילע ניט געפּרוּװט רייג- 
וואשן פון דער סאָפּעק-שולד, פון צוזאמענזײַן מיט בראָכעס באשטענדיקער, 
אין וועלכער ער אליין האָט, וי מיר ווייסן, גאָר װײניק געגלייבט, 


296 


אז לוזי האָט דאָס דערהערט, איז ער געבליבן געפּלעפט. ער האָט 
אָבער גאָרניט געזאָגט. ניט געקוקט דערוף, װאָס ער האָט געװוּסט, אז 
שטאָט איז אזוי אויך גענוג אופגעבראכט פון דער מײַסע-מיכל, ביפראט אז 
ס'קומט איצט אזא זאך, װאָס ווארפט א פלעק אף אים און אף אלע, װאָס 
שטייען נאָענט צו אים: כאָטש לוזי האָט דאָס געװוּסט, דאָך האָט ער גאָר- 
ניט געזאָגט און סרולין גאָרניט אױיסגעװאָרפן. ער איז, עמעס, זיכער 
געווען, אז ס'איז ניטאָ װאָס אויסצוּווארפן, װײַל פון סרוליס רייד האָט ער 
פארשטאנען, אז ניט מיט זײַן װוילן האָט ער פארבלאָנדזשעט אהין, ניט 
װוּהין ס'געהער, און אז דאָ איז א זײַטיקע האנט דערבײַ--די האנט 
פון איינעם א יוינע שענקער, װאָס האָט צוליב געוויסע צװועקן, שיקערער- 
הייט אים פארפירט. יאָ, דאָס -- זיכער, און דאָך, ווען אן אנדערער װאָלט 
געווען אף לוזיס אָרט, װאָלט ער פאָרט ארויס מיט טײַנעס און טארומעס 
פארן טרינקען ביכלאל, ביפראט נאָך בא אזא, װי א יוינע, װאָס, װוי סרולי 
האָט דערמאַנט, איז אָט דער יוינע גאָרניט אזא, מיט וועמען אָרנטלעכע 
לײַט דארפן האָבן א װאָסערעיניט-איז אסאַקים, אפילע זײַן שװועל ניט 
איבערטרעטן... הײַנט, סטײַטש, איז צו װאָס צום לייב אין מױל 
קריכן? 

ניין, לוזי האָט גאָרניט ניט געזאָגט. און װי נאָר ער האָט די מײַסע 
אויסגעהערט, אזוי האָט ער די אויגן אראָפּגעלאָזט, קעדיי סרולין ניט צו 
פארשעמען, און קעדיי לענגער ניט צו בלײַבן אויג אף אויג מיט סרולין, 
האָט ער זיך באלד אָפּגעקערעװעט פון אים און איז אין זײַן צווייטן צי- 
מער, אין זײַן אלקער אוועק. 

דאָס צווייטע צימער -- קליין און האלב טונקל, מאכמעס דאָס איינע 
פענצטערל האָט אזוי אויך װייניק שײַן פון דרויסן ארײַנדערלאנגט, דערצו 
נאָך האָט מען עס אריבער האלב פארהאנגען מיט א פאָרהענגל, קעדיי 
פרעמדע אויגן זאָלן ניט ארײַנקוקן, װי ס'פירט זיך אין יענעם טייל שטאָט, 
ווען די פענצטער ניט פארהאנגען... אין צימערל -- איינס א טישל, א פּאָר 
בענקלעך, א באנקבעטל צום שלאָפן, אויך א פּראָסט קאָבריצל אפן פּאָל 
פארשפּרײיט, און אכוץ דעם אלעם איז נאָך געבליבן איינס א ווינקל פרלי 
און נישט פארשטעלט פון מעבל, װוּ לוזי פלעגט באם דאוונען זיך שטעלן 
שמוינע-עסרע און פּראווען היסבוידעדעס, בא דער וואנט. 

וי נאָר ער איז אהין ארײַן, אזוי האָט ער נאָך זיך די טיר פאר- 
מאכט און פון אינװייניק מיט א קייטעלע זיך אָפּגעשלאָסן -- א סימען 
אז ער וויל בלײַבן אליין, און אָט דעם ווילן לוזיס האָט סרולי אלעמאָל 
זייער ערלעך געהאלטן, און אין דער צײַט פון זײַן אָפּנעזונדערטקײַט האָט 
אים קיינמאָל אליין ניט געשטערט, און געזען, אז אויך אנדערע זאָלן דאָס 
ניט טאָן. 

ווער ס'װואָלט דעמלט צו לוזין דורך א טיר אָדער דורך א פענצטער 
ארײַנגעקוקט, װאָלט אים געטראָפן שטיין אין ווינקל אזוי נאָענט מיטן 
פּאָנעם צו דער וואנט, װי גלײַך ס'דארף זיך דאָרט באלד עפענען א טיר, 
דורכוואנען ער דארף ארײַן... ס'געווען די שאָ, ווען לוזי האָט מיספּאלעל 
געווען ניט אפן סקארבאָווען אויפן, ניט פון סידער ארויס, נאָר אפן גע- 


= אע + 457 


וויינלעכן מאמע-לאָשן, װי די בראסלעווער איז פארזאָגט פון זייער רעבן 
רעב נאכמען, זיך צו וענדן, ווען דאָס הארץ גייט איבער. 

-- טאטע אין הימל, -- האָט לוזי געזאָגט, װי נאָר ער האָט זיך גע- 
שטעלט פאר דער וואנט און האָט זי דערפילט װי א לעבעדיקע, אזש א 
ווארעמקײַט האָט גענומען גיין פון איר צו אים, -- דו, װאָס טראָגסט דעם 
אָל און די מאסע פון דײַנע , ש"י אוילאָמעס??, מיַט זייערע זונען, לעװאָנעס 
און שטערן, וועלכע האלטן זיך בלויז אין זכוס פון דײַן הײליקן אָטעם, 
וועלכער גיט זיי כײַעס און בארעכטיקונג... פארגיב דײַנע ברויַם פון דעם 
אוילעם האשאָפל, וועלכע זײַנען נישט מער, וי אָפאָר מין האָאדאָמאָ -- 
שטויב פון דער ערד, און װאָס פון זיי איז אוואדע ניט צו פאָדערן.. 

-- זאָל פארגיבן װערן, -- האָט לוזי געבעטן, -- צװישן אלע אנדערע, 
אזא, װי א מיכל בוקיער. װאָס זעט זיך אָן פאר דיר, ווען אזא איינער 
שטעלט זיך מיט זײַן גאנצער נישטיקײַט, מישטיינסגעזאָגט, דיר גאָר אנט- 
קעגן? צי האָט א װערט די קעגנערשאפט פון איינעם, וועלכער איז וי - 
ליים פון טעפּער געקנאָטן, און װאָס איז אין דער האנט פון דיר, ער זאָל 
יאָ אָדער ניט זײַן, עלעהיי א ווינט, װאָס אָט איז ער דאָ און אָט פאר- 
שווינדט ער... דאָסגלײַכן אזא, װי סרולי גאָל, פון וועמען ער, לוזי, האָט 
נאַרװאָס געהערט, װאָס געהערט, און װאָס אויב ער איז ניט באגאנגען, 
װאָס ס'לאָזט זיך מיינען, איז דאָך אוואדע גוט, און אויב אפילע יאָ, װעט 
דאָך אויך, כאָלילע, אפן אייבערשטנס קאָװעד קיין שאָטנדל ניט פאלן, און 
אף זײַן קלייד, כאָלילע, קיין פלעק. 

-- ער בעט פאר זיי, לוזי, װוי פאר זיך, וי גלײַך ער װאָלט זײַן אף 
זייער אָרט, װאָס דעמלט, איז ער זיכער, װאָלט אויך ער געטאָן, װאָס זיי, 
און דעמלט, ווידער, װאָלטן זי גאָר, מעגלעך, וי ער איצט, פאר דער וואנט 
געשטאנען און פאר אים געבעטן... אזוי איז דאָך געזאָגט געװאָרן און אזוי 
איז די וועלט געשטעלט, אז איינער פארן אנדערן מוז זײַן אָרעװו און קוקן 
אף זיך, װי אף א שוטעף פון צווייטנס גוטס אָדער שלעכטס, װײַל אנ- 
דערש, װאָס װאָלט ווערן פונעם גאנצן קיִעם האמין, טאטע אין הימל, וועם 
דו האָסט געשאפן אף מי און ערגערניש... 

-- פארגיב און זײַ מויכל, -- האָט לוזי געזאָגט, און לאנג, שטיל פאר 
דער וואנט שטייענדיק, האָט אין הארצן געהאט נאָך און נאָך צו זאָגן, װײַל 
די געבעטערישע בלוטן האָבן זיך אים צעשפּילט און ס'האָט אים אָנגעהויבן 
גיין פון מויל א זיס געשמעלץ, ארויסגעקומען, װי פון איינעם, װאָס אין 
מענטשלעכן קלעם האָט אויך מיטגעפיל פאר דעם, װאָס ס'קלעמט אנדערע. 

ער איז נאָך לאנג געבליבן א שװײַגנדיקער פאר דער וואנט און ניט 
געקאָנט פון איר אָפּגיײין, גלײַך ער װאָלט געװאָרן א טייל פון איר. מיר 
ווייסן ניט, וויפל ס'האָט נאָך געדויערט זײַן געבעט.. נאָר אז לוזי איז 
צוריק ארויס אין ערשטן צימער, װוּ סרולי האָט זיך די גאנצע צײַט פון 
זײַן אָפּנעשלאָסנקײַט געפונען, האָט ער אויסגעזען, װי ער װאָלט נאָרװאָס 
ארויס פון א טווילע געזויבערט: דאָס פּאָנעם עטװאָס נאסלעך -- װײַזט 


1 דרײַ הונדערט מיט צען װועלטן. 


48 


אויס, פון טרערן, אָבער די אויגן פארגעניגטע, און װי מיט האנאָע פון 
איינעם, װאָס קומט פון אן אָרט, װוּ ער האָט עפּעס געפּױעלט פאר זיך 
אָדער פאר אנדערע, נאָך לאנגן אָפּשלאָגן א הויכע שוועל... 

דעמלט איז סרולי פּלוצעם צוגעגאנגען צו לוזין -- מאָדנע, אומגעריכט, 
וי אלע מאָל ער איז געווען פיייַק, אז פריַער א מינוט זאָל מען ניט וויסן, 
װאָס ער װעט אין דער שפּעטערדיקער ארויסווארפן -- אזוי איז ער איצט 
צוגעגאנגען צו לוזין מיט עפּעס א פּאפּיר אויסגעשטרעקט, און געבעטן, 
לוזי זאָל דאָס אים אוועקנעמען. 

-- װאָס איז דאָס? -- האָט לוזי געפרעגט. 

-- דאָס איז דער אָפּמאך, װאָס ער האָט ניט לאנג געשלאָסן מיט לוזיס 
ברודער, מיט מוישע מאשבער, אף יענעמס הויז, װאָס איז איבערגעשריבן 
געװאָרן אף זײַן, סרוליס, נאָמען, 

-- און נו? 

-- איז יל ער אים ניט האלטן בא זיך, 

-- פארװאָס? 

-- װײַל ס'איז שוין איין מאָל פאָרגעשטאנען א געפאר, ער זאָל אים 
פארלירן, אָדער ער זאָל ארײַנפאלן אין גאָרניט קיין געװוּנטשענע הענט -- 
דעמלט, ווען ער, סרולי, האָט ארײַנגעטראָפן אינעם געוויסן הויז, וועגן 
וועלכן ער האָט הײַנט לוזין דערציילט. ער האָט מוירע, ס'זאָל זיך מיט אים 
נאָכאמאָל ניט טרעפן. 

-- נאָכאמאָל? -- האָט לוזי געפרעגט, און מ'האָט געזען, װי איבער זײַן 
שטערן גייט אים דורך א שאָטן, װי א כמארע. 

-- יאָ, ער קאווירט ניט פאר זיך. 

-- איז זאָל ער אים לאָזן אין דער היים, 

-- ניין, ער האָט מוירע אויך פאר דער היים, ס'קאָן זיך אים פאר- 
גלוסטן אף עפּעס אויסנוצן. 

-- צו װאָס? -- האָט לוזי ווידער געפרעגט. 

-- ער קאָן דאָס װעלן פארזעצן, קעדיי צו קריגן געלט, ווען ער װועט 
זיך נייטיקן, און דאָס װאָלט געבראכט גרויס שאָדן לוזיס ברודער, מוישע 
מאשבער, שוין דערמיט, װאָס אנדערע באלעכויוועס װאָלטן זיך פריצלײיטיק 
דערװוּסט דערפון, װאָס זיי דארפן נישט וויסן, קעדיי זיי זאָלן זיך מיטא- 
מאָל ניט ארופווארפן אף אים און אף אזא אויפן אוועקנעמען די לעצטע 
מעגלעכקײַט, ער זאָל זיך ווייניט-ווי נאָך עפשער אויסדרייען פון זײַן 
ענגעניש. און דערוף האָט דאָך לוזי אָרעװ געווען. ער האָט דאָך פארזי- 
כערט דעם ברודער, אז דאָס פּאפּיר אִיז אין גוטע הענט, און אז ביז זײַן 
לאגע װעט זיך ניט ענדערן צום בעסערן, װעט מען עס ניט אויסנוצן אים 
לפראָט, -- 

מ'דארף זאָגן, אז מיט דעם אלץ, װאָס סרולי האָט דאָ געזאָגט, האָט 
ער געמיינט נאָר אױיסצופּרוּוון לוזין, צו זען, װי גרויס איז יענעמס צוטרוי 
אַדער אומצוטרוי צו אים: דאָס הייסט, אף וויפל װעט לוזי גלייבן אָדער 
ניט גלייבן אין דעם, אז ער איז פיייַק ניט צו האלטן קיין װאָרט און ברעכן 
זײַן צוזאָג, אף וועלכן לוזי האָט זיך פארלאָזט. 


89 


מ'דארף וידער זאָגן, אז אויב לוזי האָט עס לעכאטכילע ניט גאנץ 
קלאָר ארויסגעזען, אָבער שפּעטער עטװאָס האָט ער דערפילט, אז דאָס 
שוואכקײַט, װאָס סרולי וויל אף זיך ארופציען, איז א געמאכטע, א קלוי- 
מערשטע, װײַל אינדערעמעסן איז ער גענוג פעסט און שטאנדהאפטיק אין 
זאכן פון װאָרט און נעמאַנעס. 


-- ניין! -- האָט לוזי מיט דער האנט א מאך געטאָן און האָט וי אָפּגע- 
רוקט דאָס פּאפּיר, װאָס סרולי האָט אים דערלאנגט, -- ער נעמט דאָס ניט, 
ער פארלאָזט זיך אף סרולין. 


-- נו, און אויב דער יעיצערהאָרע צוזאמען מיטן יעיצערטאָוו װעלן 
זיך אים צוזאמענמישן און סוועט זיך אים מאכן א פאל, װען ער װעט 
דארפן אונטערהאלטן איינעם א זייער נויטבאדערפטיקן, װי אָט, לעמאָשל, 
א מיכל בוקיער, װאָס לוזי ווייסט, האָבן זיך אלע פון אים אָפּנעקערט און 
ער איז געבראָכן פון פּארנאָסע, און אויסער דעם אומגליק, װאָס האָט אים 
געטראָפן מיט די קינדער, וועלכע זײַנען אים אוועקגענומען, שטייט אים 
איצט פאָר נאָך דאָס געפאר, ער זאָל אויך די איבעריקע מישפּאָכע פאר- 
לירן -- דאָס װײַב מיט די איבעריקע קינדער; און אויב אים צו דערלאנ- 
גען שטיצע װעט מען דארפן , פינגער", דה. געלט, און ער, סרולי, האָט ניט, 
אויסער, לאָמיר זאָגן, נאָר אָט דעם אָפּמאך, װאָס ביז װאָס, ביז ווען, ביז לו- 
זיס ברודער װעט אים צוריק ניט אויסקויפן, קאָן מען אים ניט בײַסן און פון 
אים גאָרניט ניט ארויסבאקומען, -- װוי ועט זײַן דעמלט?., 

-- דעמלט? -- האָט לוזי געזאָגט. -- זאָל ער טאָן, װי ער פארשטייט.., 
ער איז גענוג מענטש און באל-בריירע, ער זאָל אליין געפינען אן אויס- 
וועג אין אזא לאגע. 


מ'דארף דאָ װוידער זאָגן, אז דאָס מאָל, ווען סרולי האָט שוין געהאלטן 
בא אָט די לעצטע רייד, ווען ער האָט גענומען דערמאָנען מיכל בוקיער, איז 
שוין לוזין געװויס קלאָר געווען, אז סרולי מיינט דאָ ניט ערנסט מיטן אָפּי 
מאך, נאָר טאקע, וי געזאָגט, אים בלויז אױיסצופּרוּוון. 

-- ניין, -- האָט ער געזאָגט, -- ער נעמט ניט. 


דעמלט האָט סרולי קלוימערשט אומוויליק צוריק דאָס פּאפּיר אין בו- 
זעםיקעשענע אומגעקערט, אָבער מ'האָט געזען, װי די אויגן האָבן אים א 
לויכט געטאָן פון אן אויסבאהאלטענעם צופרידענעם שמייכל, ווען ער האָט 
דערפילט, אז לוזי צווייפלט ניט אין זײַן שטאנדהאפט און געוויסן, נישט 
געקוקט דערוף, װאָס ער האָט אלץ געטאָן, אים יאָ צו מאכן צווייפלען.. 
דעמלט האָט ער זיך נאָך מער געפילט צוגעבונדן צו לוזין... דעמלט האָט 
אף אים אויך א געפיל פון א גרויסן יאָמטעוו אראָפּגענידערט.. און אזוי 
וי ער האָט נאָרװאָס, אין זײַן געשפּרעך מיט לוזין, דערמאָנט מיכל בוקיער, 
אזוי האָט ער באלד איבערגעטראָגן דעם יאָמטעוו אף יענעם, און אונ- 
טערן פליגל האָט אים א ברי געטאָן--טאקע באלד, טייקעף אויסצופילן, 
װאָס ער האָט געװאָלט: מיכלען צו שטיצן, װי אלעמאָל, ווען ס'קומט אים 
עפּעס אָן פּלוצעם... נאָר װי ער האָט זיך שוין געזאָלט אויסקערעווען צו 
לוזין, מיטן מיין זיך אװעקצולאָזן עפּעס פירצונעמען פאר מיכלען, אזוי 


200 


האָט זיך די טיר צו לוזין אין קיך געעפנט און פון דאָרט אָנקומענדיק, 
האָט זיך אף דער שװועל פון לוזיס פאָדערצימער באוויזן ניט קיין אנדע- 
רער, נאָר אליין טאקע... מיכל. 

-- מיכל? 

22 יאָ. 


8 8 8 


ס'איז געווען די צײַט פון דער צווייטער שיווע בא אים. ער איז ארײַן 
אין אן אָרעמאנישן בורנעס, מיט גאָרנישט ניט אונטערגעשלאָגן, וועלכער 
האָט אים שלעכט געשיצט פאר דער קעלט פון דרויסן און אים געמאכט 
דעם קאָפּ אין די אקסל ארײַנציִען. אין דרויסן האָבן שוין געהאט געכאפּט 
די ערשטע פרעסט, אָבער דערװײַל נאָך אָן שניי. די הארבסטיקע בלאָטעס 
זײַנען פארהארטעװועט געװאָרן, און באזונדערס די גאָר גרויסע פונעם 
דריטן רינג, וועלכע זײַנען געבליבן שטעקן סטארטשאָם מיט אָנגעהאָר- 
בעטע הארט-קלינגענדיקע הרודעס. 

מיכל איז ארײַן א פארבלאָווטער, די מעשענע האָר פון זײַן באָרד האָבן 
אים איצט אויסגעזען קויטיקלעך-סיוולעך. די קנייטשן פון זײַן פּאָנעם פיל 
טיפער געקארבט, און װי מיט עטװאָס ערד אין זיי. 

ער איז נאָרװאָס ארויס פון זײַן שטוב, װוּ אף איינעם א פענצטער 
איז געשטאנען א קליין צאנקענדיק לעמפּעלע, לעבן א גלאָז וואסער מיט 
א שמאטקעלע, װאָס װוערט אלע מאָל געשטעלט אין א שטוב פון א גע- 
שטאָרבענעם. דערבײַ איז אף דער ערד געזעסן מיכלס װײַב אף א קישן 
אָן א ציכל, און ארום איר --די איבערגעבליבענע קינדער, װאָס האָבן 
אומגעבלאָנקעט אין דער הונגעריקער, ניט געהייצטער שטוב, ניט האָבנדיק 
װאָס צו טאָן, אויסער נאָר צו דערמאָנען אין טויט פון די געשטאָרבענע, 
אויך אין זיך, װאָס האָבן אויסגעזען, װי האלב געשטאָרבן. 

מיכל האָט די צײַט פון שיװוע אָפט, לאנג, שװײַגנדיק איבער דער 
שטוב אומגעשפּאנט, אמאָל אין איין צימער, אמאָל אין א צווייטן, אמאָל 
אין ביידע -- פון וואנט צו וואנט... און דאָס מאָל האָט ער אינמיטן דאָס 
שפּאנען איבערגעריסן, גענומען דעם בורנעס אף זיך, און ניט וויסנדיק 
אליין, װוּהין ער דארף און צו װעמען ער װעט זיך לאָזן, איז ארויס 
אין דרויסן. 

פארװאָס ער האָט זיך אװעקגעלאָזט צו לוזין און ניט צו אזא, וי 
יאָסעלע מאגייפע, מיט װעמען ער איז זיך צונויפגעגאנגען, וי מיר 
געדענקען -- קענען מיר ניט זאָגן. מעגלעך דערפאר, װאָס צו לוזין איז 
אים געווען נעענטער; מעגלעך אויך, אז צו יאָסעלען איז אים ביכלאל 
דער וועג ניט געווען גענוג אױסגעטראָטן און ער װאָלט זיך דאָרט ניט 
געפילט גענוג היימיש; אזוי צי אזוי, נאָר װי ער איז ארויס פון שטוב 
און ס'האָט אים א נעם געטאָן דער פראָסטיקער ווינט, וועלכער האָט ער- 
טערװײַז בלויז פארפּראָשעט מיט דינע שיכטלעך שניי די פארהארטע- 
וועטע בלאָטעס, -- אזוי האָט ער לאנג ניט געטראכט, און אז די נאָענטקײַט 


461 


פֿון לוזיס שטוב איז אים אין מויעך אופגעשװוּמען, אזוי האָט ער גלײַך 
אַנגעריכט זײַן גאנג אהין, צו דער , קלאָלע?, װוּ לוזיס װווינונג האָט זיך 
געפונען. 

אז ער איז ארײַן, האָט אים קיינער קיין , שאָלעם? ניט געגעבן-- 
נישט לוזי, נישט סרולי, אזוי װוי סע פירט זיך מיט אן אָװל, און אזוי 
וי לוזי האָט זיך געטראָפן שטיין באם אױבנאָן פון טיש און סרולי בא 
זײַן איינער א זײַט, אזוי האָט מיכל, אָן שום אײַנלאדונג, זיך אוועקגע- 
שטעלט אנטקעגן סרולין --- בא דער צווייטער זײַט. 

ס'איז צוערשט פאָרגעקומען א שטילע סצענע, װאָס קיינער האָט זי 
מיט קיין װאָרט ניט איבערגעריסן. לוזי האָט געקוקט אף מיכלען שװײַגנ- 
דיק, מיכל האָט געהאלטן די אויגן אראָפּ, און נאָר סרולי האָט --אומי 
פארשטענדלעך פארװאָס -- מיטאמאָל זיך צעשמייכלט, ניט אף קיין קאָל, 
נאָר בלויז מיטן מויל, --- װײַזט אויס, ווידער פון דעם יאָמטעװו, װאָס האָט 
פריער אף אים אראָפּגענידערט... 

ער האָט ניט לאנג געזאמט, און איידער לוזי מיט מיכלען האָבן בא- 
וויזן איינער דעם אנדערן עפּעס צו זאָגן, אזוי האָט ער זיך אויסגעדרייט, 
זי געלאָזט אליין, און דורך דאָרט, דורכוואנען מיכל איז אָקאָרשט, נאָר- 
װאָס שטיל ארײַן, איז ער ארויס. 

און דאָ האָט זיך אָנגעהויבן איינער פון סרוליס מעשונע-ווילדע טעג, 
ווען ס'קומט אים עפּעס אָן און ווען ער באװײַזט אָפּצוטאָן אמאָל פאר 
איין שאָ, װאָס אן אנדערער ניט פאר צען טעג. 

ער איז אוועק אין מארק, װוּ מע שטייט מיט פורן מיט האָלץ, ער 
האָט אײַנגעקויפט איינע א פור, דערצו נאָך געדונגען א העקער אף צו 
צעהאקן דאָס האָלץ, און צוזאמען מיט דער פור און מיטן העקער האָט ער 
זיך אװעקגעלאָזט אהין, װווּ מיכל בוקיַער האָט געוװווינט. 

ער איז ארײַן אין שטוב, װוּ ס'האָט געהערשט א קעלט און א טרויע- 
ריק-פארזאָרגטע שײַן פונעם לעמפּעלע אפן פענצטער. ער האָט גלײַך 
אויסגעפונען א טערעץ פאר מיכלס װײַב אפן געבראכטן האָלץ, װאָס זי 
האָט ניט געװוּסט, פונוואנען ס'איז איר אראָפּגעפאלן... ער האָט געװוּסט, 
אז אויך איצט, ווען האָלץ איז שוין דאָ, איז אָבער מיכלס װײַב אזוי דער- 
שלאָגן, אז זי װעט זיך ניט קאָנען נעמען און טאָן, װאָס מע טוט מיט 
האָלץ געוויינטלעך. און ער האָט זיך דערום גלײַך ארויסגעלאָזט אין קא- 
מער, און גלײַך נאָר, װי דער העקער האָט באוויזן דאָס ערשטע ביסל 
שײַטלעך אָנצושפּאלטן, אזוי האָט ער דאָס געכאפּט, ארײַן אין שטוב און 
אליין גענומען אונטערהייצן, זאָגנדיק, אז ס'איז אים קאלט און ער איז, 
קלוימערשט, גערן צו זען פײַער אין הרובע. 

ער האָט נאָך דעם, װי ער האָט אויסגעפונען דעם טערעץ אפן האָלץ: 
אז, קלוימערשט, האָבן דאָס מיכלס גוטע-פרײַנט, װאָס ער, סרולי, קען זיי, 
צוגעשיקט, ויסנדיק, אז ס'ליגט איצט ניט אין קאָפּ אליין צן גיין אלן- 
קויפן, -- האָט ער מיכלס װײַב אויך א קליין ביסל מעזומען געלט הינטן- 
ארום דערלאנגט, זי זאָל האָבן מיט װאָס זיך די הענט צעפירן און עפּעס 
טאָן פאר די קינדער, װאָס דרייען זיך אום שלינג-שלאנג פארן אויוון, װאָס 


2 62 


האָט שוין פיל טעג קיין פײַער ניט געזען און דעם רייעך פון געקעכטס 
ניט געשמעקט. 

ער האָט נאָך געטאָן, און פארן אוועקגיין האָט ער מיכלס װײַב אײַנ- 
גערוימט, אז נאָך שיווע, ווען מע װעט דארפן ,, צאמען" די קינדער, זאָל 
זי גלײַך ארוף אפן , פעלד", זיך ווענדן צום מאשגיעך, און אלץ איז שוין 
אָפּנערעדט, אלץ אָפּגעמאכט און באצאָלט פאר די ,צאמען". װײַל, -- האָט 
סרולי צו מיכלס װײַב געזאָגט, --די זעלבע מיכלס גוטע-פרײַנט האָבן 
אויך דאָס אין זינען געהאט. 


ער איז ארויס פון מיכלס שטוב, װוּ ער האָט אלץ דערליײידיקט, און 
אפן וועג, צוריקגייענדיק, האָט ער זיך גראָד באגעגנט מיט שמוליקל 
שלעגער, װאָס זײַן בלאסיבעלמעוואטע אויג האָט איצט אויסגעזען פאר- 
שלאָפן און האלב-צוגעמאכט, און דאָס ריינע--שטארק גלאנציק, װי 
ס'װוײַזט אויס, פון א טרונק, װאָס יענער האָט נישקאָשע אָקאָרשט ערשט 
ארײַנגעכאפּט. 

אז סרולי האָט אים דערזען, האָט ער א געשריי געטאָן: 

-- זע, אים, שמוליקלען טאקע, דארף ער! 

-- צו װאָס? -- האָט שמוליקל שיקער א ברום געטאָן 

-- ערשטנס, װויל ער אים פרעגן: װאָס זעט מען אים ניט אזוי לאנג, 
אזא צײַט?.. הײַנט איז א סודע בא די לוזײלײַט, זאָל ער קומען און זײַן 
אן אָנגעלײיגטער גאסט; און צוייטנס,--האָט סרולי באם װאָרט 
,צווייטנס", דאָס פריַערדיקע קאָל פארקלענערט און גענומען זיך אומ- 
קוקן, װי מוירע האָבנדיק, אז קיין אנדערע זאָלן אים ניט דערהערן,-- 
און צווייטנס, װיל ער אים זאָגן, אז זאָל ער געדענקען, שמוליקל, אן 
אויב אין גיכע צײַטן װעט אים ,קעצעלע? וידער װעלן דינגען צו גיין 
אין א געוויסן שליכעס צו מוישע מאשבער, וען ס'וועט שוין האלטן 
נאָענט בא אן אָנזעצן און מע װעט אים דערפאר באצאָלן, איז צאָלט ער, 
סרולי, צוויי מאָל אזויפיל, אז שמוליקל זאָל ניט גײן, נאָך מער: ער 
זאָל אָפּהאלטן אויך אנדערע דאָס צו טאָן. ער הערט, שמוליקל? 

-- אוואדע הערט ער. װאָס זשע, ער וייסט ניט? אוואדע װעט ער 
ניט גיין? קעצעלע זאָל אים אפילע אָפּגילטן.. 

-- איז גוט, איז זאָל ער געדענקען, און זאָל ער זיך הײַנט װײַזן צו 
דער סודע אפדערנאכט, -- האָט סרולי געזאָגט און האָט גיך אװעקגעײַלט, 
װײַל ער האָט נאָך עפּעס וויכטיקס געהאט צו טאָן, איידער ער װעט זיך 
נעמען גרייטן צו דער סודע, װאָס ס'האָט טאקע בעעמעס הײַנט אפדער- 
נאכט בא לוזין באדארפט פאָרקומען לעקאָװעד עפּעס א יאָמטעװו, לעקאַ- 
װעד א רעבע-געבורט, דאכט זיך... 

ער איז אוועק צו בראָכען. 

-- צו בראָכען?.. 

-- יאָ. און כאָטש ער האָט פון ערשטן מאָל נישט געדענקט איר װוויי 
נונג אקוראט, װײַל דער דעמלטיקער שיקערער שטאנד האָט דאָס אים 


203 


ניט דערלויבט, דאָך האָט ער, נאָך לאנגן קוקן און זיך אײַנקוקן אין 
יענער גאס, זיך דערמאָנט און פאָרט אהין ריכטיק געטראָפן. 

אז ער איז ארײַן, האָט זיך, װי דאָס ערשטע מאָל, אויך איצט קיינע 
פון בראָכעס באשטענדיקע פרויען אין שטוב ניט געפונען. ער האָט א 
װײַלע זיך אײַנגעקוקט אין בראָכען, װי די ערשטע רעגעס זי ניט דער- 
קאָנט, און דעמלט א זאָג געטאָן שוין היימיש און װי א לאנג-באקאנטער: 

-- הא, די מאמע פון די , קינדער?ג 

-- װאָסערע קינדער?-- האָט בראָכע א ביסל א דערשראָקענע און א 
פארװווּנדערטע א פרעג געטאָן. 

זי האָט סרולין דאפקע דערקענט, נאָר אזויווי זי האָט געװוּסט, װאָס 
מיט אים איז בא איר אין שטוב, בא זײַן ערשטן באזוך, געשען אז 
אכוץ ביזיוינעס, װאָס מע האָט אים אָנגעטאָן, האָט מען אים אויך די 
קעשענעס אויסגעלײידיקט, האָט זי מוירע געהאט, טאָמער קומט ער זיך 
איצט צערעכענען און אָפּמאָנען, װאָס אים קומט... זי האָט װײַטער גע- 
װוּסט, אז אן אנדערער, ווען ער פארבלאָנדזשעט אָדער ער װוערט פאר- 
שלעפּט אין אזא הויז, װי אירס, און מ'באנעמט אים און מ'באגײט זיך 
מיט אים אף אזא אויפן, װי מיט אָט דעם, פארזאָגט ער שוין א צענטן 
יענע גאס פארבײַגיין און אפילע אהין די נאָז ניט װײַזן.. און אויב דער 
איז נאָכאמאָל געקומען, איז א סימען, אז ער פילט זיך אין קראפט ארויס- 
צורײַסן, װאָס איז בא אים אוועקגענומען געװאָרן, מיט די ציין, מיט די 
נעגל, נישט מוירע האָבנדיק, ער זאָל אָפּשנײַדן דאָס צווייטע מאָל ערגער, 
וי דאָס ערשטע --א סימען, אז אָדער ער איז אליין א באל-קויעך, אָדער 
אז עמעצער אן אנדערער שטײט הינטער אים, װאָס ער שלאָגט אָפּ 
יענעמס טקיפעס. 

-- װאָסערע קינדער? -- האָט זי דערום דערשראָקן און פארװוּנדערט 
א פרעג געטאָן. 

-- קוקט נאָר אָן דאָס מעלופּם-קינד, װאָס ווייסט, קלוימערשט, נישט, 
װאָס מע רעדט, -- האָט סרולי צו איר א רעד געטאָן אף א שפּראך, וי 
שוין גאָר א היימישער, מיט וועלכע אזוינע, װי זי, שלאָגן בלאט צוליב 
שוטפעס, מ'האלט זיך פרײַ און מ'קלאפּט זיך גוטברודעריש און פּאניבראט 
אין די פּלייצעס. 

-- מאך זיך ניט נאריש,-- האָט סרולי געזאָגט, --און ברענג, װאָס 
מ'הייסט. : 

-- װאָס? וועמען? 

-- א מױיד! 

-- װאָס װויל דער ייַד?--האָט שוין בראַכע א געשריי געטאָן אף א 
קאָל, װי זי װאָלט געװאָלט, אז שכיינים זאָלן זי דערהערן און איר קומען 
צו הילף. 

-- כ'צאָל פאר צוויי, -- האָט סרולי א זאָג געטאָן, און קוקנדיק אֹף 
אים, האָט בראָכע ווידער דערזען, אז זי האָט צו טאָן ניט מיט קיין , יאָלד?, 





? א צונאָמען פאר פרויען פון שאנדהײַזער. 


29--9 264 


וי אזוינע הייסן בא איר, װאָס האָט קיינמאָל אזוינע שוועלן, װי אירע, ניט 
איבערגעטראָטן. 

אז סרולי איז אויך גלײַך ארויס מיט געלט, ארויסגענומען פונוואנען 
מ'דארף, איז שוין בראָכע פיל ווייכער געװאָרן: 

-- װאָס זשע?-- האָט זי א פרעג געטאָן. --ער מיינט טאקע מיט אן 
עמעס? 

-- ניין, נישט קיין מויד, מיין איך, נאָר דיך. 

-- מיך?! װאָס רעדט דער ייַד?--האָט בראָכע גענומען פארשעמט צו 
שטאמלען, איר קאָפטל צו פארשפּיליען, דאָס קאָפּטיכל פאריכטן און א 
ביסל זיך אויך רויטלען. -- װאָס רעדט דער ייִד? 

-- נישט דערוף... -- האָט זי סרולי בארויקט, -- כ'דארף דיך פאר אן 
איידעס. 

-- אן איידעס? צו װאָס? 

-- אז אויב הײַנט, מאָרגן, מעגלעך, װעט מען דיך רופן און פרעגן, 
וויַאזוי כ'האָב צו דיר דאָס ערשטע מאָל ארײַנגעטראָפן, זאָלסטו זאָגן, װאָס 
דו ווייסט, װי דער עמעס איז, אז-- שיקער, און אז אָן מײַן װילן בין 
איך ארײַן און ארויס פון דיר, 

-- אוואדע װעל איך זאָגן, װי דען--ניט!-- האָט בראָכע שוין אופ- 
געלייגט גענומען װי אונטערקנאקן מיט דער צונג, ווען זי האָט באקומען 
אויסגעציילט דאָס געלט פון סרולין... זי האָט מאסקים געווען אף סרוליס 
פאָרשלאָג אי פאר דער גוטער פּרײַז, װאָס זי האָט באקומען באצאָלט בע- 
מעזומען, אי אויך פאר מוירע, װאָס אויב אָט דער פּארשוין, װאָס שטייט 
דאָ פאר איר, איז טאקע א באל-קויעך, װי זי האָט פארשטאנען, איז אויב 
זי װועט זיך אָפּזאָגן און ניט באשטיין, אזוי קאָן זיך די זאך ענדיקן מיט 
א סקאנדאל, מיט א טומל און אן אײַנגעלויף, װאָס איז גאָר ניט געװוּנטשן 
פאר אזוינע הײַזער, װי איר הויז. 

-- אוואדע װעט זי זאָגף װאָס זשע? ער אין דאָך טאקע ארײַן און 
ארויס א שיקערער פון איר שטוב,.. און מיט דער מויד האָט ער דאָך גאָר- 
נישט ניט געטאָן... זי װעט גיין שװוערן.. ער האָט זי געלאָזט קאלט.. 

-- איז גוט, איז אזוי טאקע זאָלסטו זאָגן, געדענק,--האָט סרולי 
נאָכאמאָל איבערגעכאזערט, --- אויב הײַנט, מאָרגן װעט מען דיך רופן און 
פרעגן, 

-- אוואדע, אוואדע -- האָט בראָכע פארזיכערט, און נאָך אָט דעם קורצן 
מאסע-מאטן האָט זיך סרולי צו איר אויסגעקערעוועט, קיין גוטן טאָג ניט 
געזאָגט און פון איר שטוב ארױיסגעשפּאנט. 

ער איז ארויס א דערלײַכטערטער, און קומענדיק אפן גאס, װוּ בראָ- 
כעס הויף האָט זיך געפונען, האָט ער זיך גענומען אומקוקן און וי זיך 
געמאכט סימאָנים, אויב ער װעט דארפן אהער באנאכט, אין דער פינצטער, 
ער זאָל קיין טאָעס ניט האָבן. 

דעמלט איז ער אועק אין שטאָט, אײַנצוקויפן צו דער סודע, װאָס 
האָט הײַנט אין אָװנט באדארפט פאָרקומען בא לוזין, לעקאָװעד עפּעס א 
געוויסן סעקטע-יאָמטעװו. ער האָט אפן וועג ערגעץ געקריגן א קוישל, און 


465 


צוריק פון שטאָט האָט מען אים געקאָנט זען ניט נאָר מיטן קויש אָנגע- 
לאָדן, נאָר אויך די הענט פארנומען און די קעשענעס אָנגעשטאָפּט. 

און אָט אין דער צײַט, בייס סרולי האָט די אלע זײַנע געשעפטן דער- 
ליידיקט, -- פּריער בא מיכל בוקיער אין שטוב, דערנאָך זײַן געשפּרעך 
מיט שמוליקל שלעגער, דערנאָך דער באזוך בא בראָכען--איז צװישן 
לוזין מיט מיכל בוקלער פאָרגעקומען די שטילע באגעגעניש, וועלכע מיר 
האָבן פריער פארשוויגן און איצט ווילן מיר וועגן איר א פּאָר ווערטער 
זאָגן. 

בלײַבנדיק אויג אף אויג מיט לוזין, האָט מיכל גענומען עפענען דאָס 
געשלאָסענע מויל פון אוויילעס און דערציילן, װוי ער האלט, וויאזוי מ'האָט 
אים אָפּנעשטױסן, און אז ער, מיט װײַב און קינדער, האָבן ניט מיט װאָס 
א טאָג איבערצולעבן. --,מיילע ער, װי ער, -- האָט ער געזאָגט, -- אָבער 
זיי, זײַן מישפּאָכע, װאָס איז שולדיק?" 

ער האָט, צװישן אנדערן, װײַטער געזאָגט: מיילע, ער וייסט כאָטש 
מיט װועמען ער האָט זיך אָנגעהויבן, --אז מיט אזוינע, וועלכע באטיילן 
גאָט אין הימל מיט אלע יענע שאָפּלדיקע אייגנשאפטן, מיט וװעלכע זיי 
וי באָסער-װעדאָמס, זײַנען אליין, מישטיינסגעזאָגט, באשאָנקען, װי קינע, 
סינע, אאוו., און װאָס אף דעם שרײַען אפילע די גאָר גלױביקע גדוילים, 
וועלכע האלטן, אז ניט נאָר די געמיינע מידעס, נאָר אפילע די הויך- 


מענטשלעכע טיטולן און לױבערײַען, װאָס מ'שרײַבט צו דעם ריבוינעשע- . 


לוילעם, מינערן זײַן גרייס, װײַל ס'איז ניט צו מעסטן מיט קיין מענטשן- 
מאָס דעם, װאָס איז איבערמענטשלעך. און זיי, אָט די, וועלכע מיכל וויל 
זייער נאָמען ניט דערמאָנען, ציִען דעם הימל צו דער ערד און טוען אים 
אין זייער אייגענעם קויט אײַנוואלגערן -- דערמיט, װאָס זיי שטעלן זיך 
פאָר זייער פארערטן, לויט זייער קלייןיטרויעריקער האסאָגע, װי א ליאדע 
רוּוון אָדער שימען אין מארק, וועלכער איז גרייט דוירעס זײַן, וען 
ס'דאכט אים, אז עמעצער האָט זײַן געשעפט-גרענעץ אריבערגעשפּאנט, 
אים צו שאָדן. 

-- זי האלטן דאָך, -- האָט מיכל פאָרגעזעצט, -- אז דאָס, װאָס בא אים, 
בא מיכלען, זײַנען איצט די קינדער אומגעקומען, אין דאָס א גערעכטיק 
געצאָלטס פון זײַן ליבן נאָמען דערפאר, װאָס ער, מיכל, האָט קלוימערשט 
זײַן אֶל אראָפּגעװאָרפן און איז אוועק אף א גאנצן טכום-שאבעס װײַט 
פון אים... פּױיקעד אָװוין אָװעס אל באָנים, -- זאָגן זיי, שטייט דאָך גע- 
שריבן, -- ער צאָלט קינדער פאר די זינד פון עלטערן, הײיסט עס, און 
מ'פארגעסט, װאָס איז אין שפּעטערע צײַטן געווען געזאָגט: דיברע טוירע 
בעלאָשן בניי אָדאָם, אז דאָס האָט זיך געפאָדערט פאר אָפּגעשטאנענע 
מענטשן, פארן האמוין אזוי צו רעדן, װײַל אוב ניט, אוב סזאָל טאקע 
זײַן, װוי אין פּאָסעק שטייט, װאָלט דאָך דאָס געהייסן דאָס גרעסטע גאז- 
לאָנעס פון גרעסטן גאזלען... 

אָט אזוי, אין אָט דעם גײַסט, האָט דעמלט מיכל בוקיער נאָך און נאָך 
גערעדט פאר לוזין, און װוּנדערלעך, ויאזוי לוזי האָט, דאָס אלץ אויס- 


206 


הערנדיק, געשוויגן --א זאך, װאָס איז ניט געהערט, װײַל אן אנדערער 
װאָלט אזוינע רייד אפילע צו קיין שפּיץ אוער ניט דערלאָזט, װײַל מ'טאָר 
ניט, 

אויב מ'װואָלט געװאָלט מיינען, אז לוזי האָט, מעגלעך, געקוקט אף 
מיכלען, װי אף א קראנקן, װאָס רעדט פון וועג, און דערמיט האָט ער אים 
פארענטפערט, -- איז ניין: גיכער איז צו גלייבן, אז אזוי וי מיכלס ריס 
און ארויס פון געדער איז אין יענע צײַטן און אין יענע באדינגונגען 
געווען אן אויסנאם-געשעעניש, אזוי איז אויך לוזי, פון דער צוייטער 
זײַט, געווען א צוייטער אויסנאם... קלאָר גערעדט: ניט דערפאר האָט 
לוזי אזוי געדולדיק אויסגעהערט מיכלען, װײַל ער איז, כאָלילע, ווייני- 
קער פרום, װי ס'האָט זיך געפאָדערט פון אזוינע, װוי ער. ניין, דאפקע 
דערפאר, װײַל אי ער האָט געקערט צו א מער פרומער שיטע, און אי 
אויך װײַל ער אליין, װי געזאָגט, א שטיק אויסנאם -- אינװוייניק אין דער 
שיטע... 

ס'װאָלט זיך געפאָדערט א באזונדערע אָפּהאנדלונג אף צו דערקלערן, 
ויאזוי אזא, װי לוזי, האָט זיך דערלויבט צו האלטן אָפן זײַן טיר, לע- 
מאָשל, פאר אזא, װי א שמוליקל שלעגער, װאָס זײַן פארשריגענע אופי- 
רונג און שלאָגערישע מײַסים זײַנען אונדז שוין פון פריַער באװוּסט.. 
אין פלוג דאָך וילד, אָפּגעפרעגט און ניט צו באנעמען, ויַאזוי לאָזט מען 
ארײַן אין א שטוב אזא, װאָס זײַנע הענט זײַנען ניט ריין פון שפיכעס- 
דאָמים, -- נישט נאָר פון איין מאָל פארגיסן בלוט, נאָר פון באשטענדיק 
שלאָגן שולדיקע, וי אומשולדיקע, אבי פאר לוין, אבי פאר געלט... מע- 
שונע! אנדערע װאָלטן אים דאָך אף די אויגן ניט געלאָזט. און דאָ גאָר: 
ער -- בא לוזין אן אײַנגייער, 

װײַל יאָ, װײַל מ'דארף וויסן, אז נישט איין מאָל האָט געטראָפן, ווען 
דאפקע דערפאר, װאָס ער, א שמוליקל, א קימאט לוי יאָװע בעקאָהאָל, 
אף וועלכן א גאנצע שטאָט קוקט קרום, מיט עקל און מיט מוירע, אויב 
מ'האָט אים מעקארעוו געווען און ער האָט דערפילט, אז שאאריי טשוּווע 
לוי נעגעלין --אז די טויערן פון טשוּװע, הייסט עס, זײַנען ניט געשלאָסן 
אפילע פאר אזא, וי ער, -- האָט זיך געמאכט, אז אזא האָט זיך מיטאמאָל 
געטאָן א קערעווע אויס צו זײַן פארגאנגענהײַט מיט אזויפיל כאראָטע, אז 
אין א שיינעם טאָג האָט ער גענומען וויינען פאר די זעלבע סעקטע-לײַט, 
בא וועלכער ער איןז פריער געװען נאָר א קאלטער אוירעך, געזעסן 
אין א זײַט און זיך מיט גאָרניט אָנגעקערט -- מ'זאָל אים פארעכענען פאר 
אן אייגענעם... און דאָס האָט געטראָפן, זאָגן מיר ווידער, אי אדאנק דער 
אייגנשאפט פון דער גלײיביקער שיטע אליין, צו וועלכער ער איז געװאָרן 
א מעקאָרעוו, אי אדאנק דעריקער דעם אָנפירער, װאָס איז געשטאנען 
בעראָש א האלב אָדער גאנץיפארורטיילטער, א האלב אָדער גאנץ-פאר- 
פאלענער, צוליב געמיינטער לײַטערונג, צוליב אויסבעסערונג. 

אזוי מיט א שמוליקלען, דאָסגלײַכן מיט א מיכלען, װאָס דערפאר האָט 
לוזי, מעגלעך, אזוי געדולדיק אויסגעהערט יענעמס אָפּטריניקע ביטערניש, 
אים ניט איבערגעשלאָגן און זיך ניט אָפּגעקערט פון צו הערן דאָס, װאָס 


407 


אנדערע, אין אזא פאל, װאָלט זיך געדאכט, אז זיי האָבן װוערעם אין די 
אויערן. 

ניין, לוזי האָט געהערט אופמערקזאם. מערער -און דאָס איז אפן 
ערשטן קוק שוין גאָר א כידעש -- לוזי האָט, דאָס אלץ אויסהערנדיק, אפי- 
לע װוי קלוימערשט מיטגעשטימט מיט מיכלען... נאָך מער: ער האָט אפילע, 
װי מיט א שמייכלענדיקער האנאָע זײַנע רייד פארנומען, װאָס דאָס אין 
שוין גאָר, גאָר א כידעש. 7 : 

דאָס לעצטע אָבער לאָזט זיך דערקלערן דערמיט, װאָס בעעמעס האָט 
לוזי, קוקנדיק אף מיכלס באטריבטקײַט, געשמייכלט נישט פון יענעמס 
רייד, נאָר פון דעם, װאָס ער האָט זיך גראָד דעמלט דערמאָנט אין סרולין, 
װאָס איידער מיכל האָט זיך איצט אין שטוב צו אים באוויזן, האָט יענער 
אָנגערופן מיכלס נאָמען, אין פארבינדונג מיטן אָפּמאך, װאָס ער האָט 
געבעטן לוזין, ער זאָל אים בא אים אוועקנעמען, װײַל מעגלעך, -- האָט ער 
געזאָגט, -- ער װעט דארפן געלט, קעדיי אונטערצוהאלטן אזא, לעמאָשל, 
וי א מיכלען... נו, דאָס האָט דאָך לוזי געװוּסט, אז אויב סרולי האָט עפּעס 
פארטראכט און זיך אונטערגענומען צו טאָן, אזוי װעט ער שוין ברעכן 
ווענט און די זאך װעט ער דורכפירן. און זיכער, -- האָט לוזי װײַטער גע- 
טראכט, -- איז דאָס, װאָס סרולי איז הײַנט גלײַך ארויס פון שטוב, וי 
נאָר מיכל איז ארײַן, איז געטאָן געווען צוליב דעם, קעדיי טאקע איצט, 
באלד, ווען מיכל איז אין דער היים נישטאָ, זאָל אים דערלאנגט װערן די 
הילף הינטער די אויגן, קעדיי אים ניט צו פארשעמען. 

און ווירקלעך, אזוי איז דאָס טאקע געווען, װוי מיר ווייסן... און דער- 
פאר, אז מיכל האָט איצט אויסגעלייגט זײַן ביטער הארץ און האָט נאָך 
צוגעגעבן דערצו, אז ניט נאָך טרייסט איז ער אהער געקומען, װײַל ער 
ווייסט, אז דער מענטש איז שטויב און זײַן טרייסט אין דאָס זעלבע, -- 
נאָר דערפאר, װאָס ער קאָן אין דער היים ניט זײַן און ניט צוזען דעם 
צאר פון װײַב און קינדער, --אז מיכל האָט דאָס צוגעגעבן און לוזי האָט 
אויך דערוף מיט גאָרנישט ניט דערװוידערט, אזוי האָט מען געזען, וי 
מיכלען איז אראָפּ א שטיק שטיין פון הארץ שוין אליין דערפון, װאָס ער 
האָט זיך כאָטש אָפן און פרײַ ארויסגערעדט.. 

דערצו נאָך האָט צוגעהאָלפן דאָס, װאָס בא לוזין אין שטוב איז געווען 
גוט געהייצט און פון דער געמיטלעכער ווארעמקײַט האָבן מיכלען גענו- 
מען אָפּגײן די שפּארעס און די קעלט פון לײַב.. און דעמלט, אז סרולי 
גאָל איז אהיים געקומען, נאָך דעם װי ער האָט זײַנע געשעפטן אין שטאָט 
אָפּגעטאָן, מיט א פולן קויש און מיט פולע הענט און קעשענעס מיט מי- 
כאָלים און מאשקע, װאָס ער האָט צו דער פאָרשטײיענדיקער סודע פאר- 
גרייט, -- אָט דעמלט, אז סרולי האָט פאָרגעלייגט מיכלען, ער זאָל זיך גיין 
וואשן און עפּעס טויעם זײַן פוֹן געבראכטן, האָט זיך מיכל ניט אָפּגעזאָגט. 
ער האָט זיך געוואשן און איז צוגעגאנגען צום טיש, צו וועלכן ס'איז אים 
דערלאנגט געװאָרן פון אלעם פארגרייטן, און מ'האָט געזען, אז ער איז 
פארגעניגט ניט נאָר פון די מײַכאָלים, נאָר אויך פונעם אויפן, ויָאזוי 
און מיט װאָס פאר א פארגינערישקײַט מ'האָט זיי אים דערלאנגט. 


408 


אי לוזי, אי סרולי האָבן מיכלען אין מויל ניט געקוקט, און ביכלאל 
האָבן זיי געזען האלטן די בליקן אין א זײַט, בעשאס ער האָט זײַן הונ- 
גער געשטילט, װי קלוימערשט זי זײַנען מיט עפּעס אנדערש פארנומען.. 
ער האָט אָפּנעגעסן און איז אוועק בעשאָלעם פון לוזין, אָן שום קריגערײי, 
נאָר פארקערט, מיט דעם געפיל, אז לוזיס טיר שטייט פאר אים אָפן איצט, 
װי אלע מאָל, גלײַך ס'איז גאָר קיין שום ענדערונג ניט פאָרגע- 
קומען... 

אָט דעמלט איז אף סרולין ערשט דער רעכטער יאָמטעװ אראָפּ. מ'האָט 
געזען, אז ער איז צופרידן און אופגעלייגט אי פון די פיל ארבעטן, װאָס 
ער האָט הײַנט דערליידיקט, אי פון דעם, ויאזוי לוזי האָט אָקאָרשט ערשט 
אופגענומען מיכלען. און ער האָט זיך דערפאר גענומען גרייטן צו דער 
סודע מיט גרויס פּלײַס, מיט ברען און אימפּעט, גלײַך סװואָלט זײַן זײַן 
ערשטע ארבעט פאר הײַנטיקן טאָג. 

ער האָט צונויפגעטראָגן אלע טישן פון שטוב אין פאָדערצימער, װוּ 
די סודע האָט געדארפט פאָרקומען, און פון אלע טישן געמאכט איינעם -- 
פון וואנט צו וואנט אוועקגעשטעלט. דערנאָך האָט ער געבראכט בענק, 
דערנאַך פארשפּרײט דעם טיש מיט טישטעכער, וועלכע האָבן זיך געפונען 
אין לוזיס באלעבאטישקײַט; דערנאָך גענומען אויסשטעלן דאָס געשיר -- 
טעלער, מעסער, לעפל-גאָפּל לעבן יעדער אָרט, װוּ עמעצער אן אײַנגע- 
לאדענער האָט באדארפט זיצן, --אלץ מיט דער ברייטער האנט, נישט וי 
אן אנדערש מאָל אין אזוינע הײַזער, בא אזוינע געלעגנהײַטן, בא אן 
אָרעמען מאָלצײַט, ווען איין מעסער געניגט אמאָל אף א גאנצן טיש, און 
אויך טעלער, לעפל-גאָפּל קלעקן ניט פאר אלע: דאָ, הײַנט, ניט װי אלע 
מאָל, װוען מע קומט אָפּ די אויסשטאטונג צו אזוינע סודעס מיט אבי-ווי 
און שיַע-פּיִע. 

סרולי האָט דאָס מאָל אי פאר מײַכאָלים, אי פאר מאשקע גוט געזאָרגט, 
אי אויך פארן אויסערלעכן פּוץ און אזוי געזאָגטן טאבלטיר. ער האָט אלע 
שטוב-לאָמפּן צונויפגעבראכט און זיי אפן טיש אװעקגעשטעלט, ס'אָל 
הײַנט זײַן ליכטיקער, װי קעסיידער. און ווען אלץ איז שוין גרייט גע- 
ווען, האָט ער נאָכאמאָל א קוק געטאָן אף זײַן מעלאָכע מיט א געניט אויג 
פון א געניטן סארווער, און אז ער האָט געזען, אז ס'פעלט נאָך עפּעס 
אזוינס, װאָס בא לוזין איז דאָס ניט געווען צו קריגן, איז ער אוועק צו 
שכיינים, שכיינעס, זיך אײַנגעשאפט און אנטליען דאָס אויספעלנדיקע. 

א סװאָרע אויך, אז פארנאכט, ווען ס'האָט אים געדאכט, אז די מאשקע 
װעט ניט קלעקן, איז ער נאָכאמאָל אװועק אין שטאָט דעם כיסרוין צו 
דערפולן און אײַנצוהאנדלען נאָך. 

און אפדערנאכט, נאָך מײַרעװ, ווען דער אוילעם האָט זיך גענומען צו- 
נויפקלײיבן, און ווען אפן טיש האָבן זיך באוויזן -- ניט װי אלעמאָל איין 
לאָמפּ, נאָר דרײַ מיטאמאָל, און די לוזײלײַט האָבן גענומען זשמורען די 
קאפּצאָנישע בליקן פון דער גרויסער ליכט, צו וועלכער זיי זײַנען ניט 
געוווינט, און אויך ניט --צו אזא אומגעוויינלעכער פאר זיי טיש-אויס- 
שטעלונג, ---אָט דעמלט האָט סרולי גאָל--א מידער, אן אױיסגעשעפּטער 


469 


פון א גאנצן טאָג האווען און אומשמײַען -- אין א ווינקל זיך אוועקגעזעצט, 
גלײַך ער האָט צו אלעם אָפּגעטאָנענעם און פארגרייטן אין שטוב קיין 
שײַכעס ניט, און גלײַך ניט ער איז דער שולדיקער פון דער אומגעוויינלע- 
כער ליכט, פון לאנגן טיש, מיט די װײַסע טישטעכער, מיטן געשיר און 
מײַכאָלים און מאשקאָעס, וועלכע האָבן זיך אפן טיש געפונען אויסגע- 
שטעלט--- נישט זײַן האנט דערבײַ... ער האָט זיך אין א ווינקל פארזעצט 
און געווארט, דער אוילעם זאָל זיך אויסזעצן, און ווען מ'וועט דארפן אופ- 
געבן צו דער סודע דאָס, װאָס אפן טיש איז נאָך לעסאטע ניטאָ.. אויך 
דעמלט, האָט מען געזען, װעט ער קיין אָרט צװישן אלע אײַנגעלאדענע 
ניט פארנעמען, ער װעט בלויז סארווערן, װי א געוויסער סאָרט באלסימ- 
כעס, װאָס רירן זיך אליין ניט צו צום פארגרייטן, און האָבן האנאָע בלוין 
פון באדינען אנדערע מיט האנאָע... 


און אזוי איז טאקע געווען. אז מ'האָט זיך לעסאָף אויסגעזעצט, איז 
סרוליס ארבעט באשטאנען אין דעם, צו זען דערלאנגען, װאָס װעמען 
ס'פעלט -- מ'זאָל זיך פילן גוט, און אלע גלײַך, נישט אויסגענומען אפילע 
אזוינע, װאָס פאר זיי האָט זיך שוין נישט געפונען קיין אָרט באם טיש 
און זיי האָבן געמוזט בלײַבן שטיין בא זײַנע זײַטן. 

דאָס זײַנען געווען אייניקע פון די , קלאָלע?-אײַנװױנער, וועלכע האָבן 
דערזען די אומגעוויינלעכע ליכט פון לוויס שטוב ארויסשײַנען, און דער- 
פילנדיק דעם געמיטלעכן צוזאָג פון א סימכע פון דאָרט, האָבן זיך אומ- 
געבעטענע אליין ארײַנגעשטעלט. סרולי האָט געזען, אז איך אָט די 
,קלאָלע?-ללַט זאָלן זײַן קאָנטעט.. ער האָט דאָס מאָל אפילע געלאָזט 
פּרײַען אײַנגאנג פאר די קאליקעס און האלב-דולע, װי די , מיטװאָכס? 
און די , פּושקעס", װאָס אויך זיי האָט די פולע שײַן צוגעצויגן און זײ 
זײַנען ארײַן שטילע, װי אף די שפּיץ פינגער, האָבן זיך אין קיך אָנגע- 
שטופּט און גענומען ארײַנקוקן אין פאָדערצימער, צו זעטיקן די פאר- 
קריפּלטע און האלב-דולע פּענעמער פונעם שטוב-יאָמטעוו, װאָס א קליי- 
נער כיילעק איז אויך זיי אריבערגעפאלן. 

ס'האָבן זיך באם טיש געפונען אויסגעזעצט די אלע אונדז שוין בא- 
קאנטע לוזי-לײַט, װי יאנקעלע דער פיריארשיניקער שנײַדער, מיטן דארן 
האלדז און , קנאַפּ'; מענאכעם דער פארבער, מיט דער צעשפּאַלטענער 
ליפּ; יאנקעלע ליקע-כאמע: דאָס , פּאָרל? און נאָך, און נאָך, װאָס װײַל 
מיל קענען זיי שוין פון לאנג, ווילן מיר זיי מער ניט אויסרעכענעףן 
ס'האָבן זיך געפונען, אכוץ יענע, אויך א קליין ביסל נײַיצוגעשטאנענע, 
װאָס האָבן זיך געפילט נאָך ניט איבעריק פרײַ, ניט היימיש און א ביסל 
פרעמדלעך. ס'האָט אויך דאָס מאָל ניט געפעלט אפילע אזא, װי שמוליקל 
שלעגער, װאָס ער האָט זיך אין סרוליס אײַנלאדונג פון הײַנט באטאָג 
דערמאַנט און האָט זיך מער ניט געלאָזט בעטן. 


מ'האָט שוֹין געהאט עטװאָס געגעסן פון די מײַכאָליִם, אויך געטרונקען 
פון דער מאשקע, װאָס סרולי האָט הײַנט באטאָג, קומענדיק פון מארק, 
מיטגעבראכט אין קוישל, אויך אין די קעשענעס, און װאָס פארנאכט, א 


40 





סװאָרע, ווען ס'האָט אים געדאכט צו זײַן װייניק, איז ער װידער, װי 
דערמאַנט, אוועק אין שטאָט, אף צוצוקויפן נאָך. 

בא די האלב-אויסגעהונגערטע לוזי-לײַט האָבן נאָכן ערשטן עסן און 
טרינקען שוין די ערד-קאָלירטע באקן גענומען אונטערפלאמען, זיך רויטלען. 
מ'האָט זיך דערפילט א ביסל אופגעבונדן און דערמונטערט. באלד האָט 
מען שוין געזאָלט ארויס מיט געזאנג, װאָס נאָך דעם װאָלט געקומען א 
טאנץ אינמיטן דער סודע, װי אלע מאָל, ווען מ'פארגעסט זיך און מ'טאנצט 
ביזן זיבעטן שווייס און ביז דאָס העמד װוערט נאס. 

אָבער אין דעם מאָמענט, ווען אלעמענס אויגן האָבן זיך שוין גע- 
ווענדט צום פאָרזינגער, װאָס קומט אלע מאָל ארויס דער ערשטער מיט 
זײַן קאָל, און װאָס נאָך אים קומען אלע --אזוי האָט מען פּלוצעם דער- 
הערט גאָר אן אנדער קאָל, א קאָל פון א שפּיליקײילע, פון עפּעס אן אומ- 
געריכטער זײַט ארויס. 

-- הא, װאָס? -- האָבן זיך אלעמענס אויגן א ווענד געטאָן צו יענער 
זײַט שטוב, װוּ די ,קלאָלע?-אײַנװוינער זײַנען געשטאנען, מאכמעס ס'האָט 
ניט געקלעקט פאר זיי קיין אָרט צום זיצן, 

מ'האָט דאָרט פּלוצלינג דערזען סרולין מיט א דודע באם מויל, מיט 
יענער, מיט וועלכער ער פלעגט אמאָל מעסאמייעך זײַן כאָסן-קאלע אף 
כאסענעס, װי שוין דערציילט... מ'האָט זיך גלײַך אויך א ווענד געטאָן 
װי מיט א פראגע אָן װוערטער, צו לוזין: צי געשיקט זיך עס, הייסט עס, 
דאָס, װאָס סרולי האָט, ניט װי דער שטייגער, זיך ארויסבאוויזן מיט אזא 
זאך גאָר, װי מיט א דודע, מיט א ניט-ייִדישער שפּיליקײלע? -- צי איז 
רעכט און צי מעג מען הערן? 

-- ס'מאכט נישט, -- האָט מען צוריק פון לוזין א גוטמוטיקן ענטפער 
אָן וװוערטער באקומען, און נאָך מיט א שמייכל, װאָס האָט באטײַט, אז אויך 
אים איז עס מאָדנע, און אז א ביסל האָט ער דאָך געקריגן נײַגיר צו וועלן 
הערן, װאָס סרולי האָט דאָ צו זאָגן מיט זײַן קיילע. 

אלע זײַנען גלײַך פארכאפּט געבליבן, סײַ די באם טיש זיצנדיקע, סיי 
די שטייענדיקע, סײַ אויך די , מיטװאָכס? און , פּושקעס", וועלכע האָבן 
זיך פול אין קיך אָנגעשטופּט און װאָס ווען זיי האָבן דערהערט די שפּיל- 
קיילע, אזוי האָבן זי זיך צו דער שװעל פון פאָדער-צימער צוגערוקט און 
מיט אויסגעשטרעקטע קעפּ און העלדזער צו סרולין דעם געהער צוגעבויגן. 

װײַל יאָ, װײַל דאָס מאָל איז סרולי ארויס מיט אזא שפּיל, װאָס ער 
האָט וי זיך אליין איבערגעשטיגן: מיט אזא ריינעם טאָן און מיט אזוינע 
קלאנגען, וועלכע האָבן באלד געמאכט פארגעסן דעם אוילעם, װער ער איז, 
און זײַן גאנץ גיײיענדיק יאָר קאפּצאָנעס.. ער האָט אים גלײַך געבראכט, 
וי צו עפּעס זייער א געראָטענעם פּאלאץ, הויך, לופטיק געבויט, וועלכער 
געפינט זיך אין אן אָרט, װאָס פּאסט זיך פאר פּאלאצישע ביניאָנים -- מיט 
א שיינעם ארום און מיט א טױער, װאָס שטייט געשלאָסן פאר ניט-גע- 
װווּנטשענע און פאר אזוינע, װאָס האָבן ניט די װוערט אהין ארײן. 

און דאָ האָט זיך סרולי מיט דער דודע אװעקגעשטעלט--ער מיטן 
אוילעם, װאָס ער האָט מיטגעבראכט, און שפּילנדיק, האָט װי גענומען פאָ- 


21 


דערן באם טויער, ער זאָל זיך עפענען מיט קאָװעד פאר די, װאָס ער, 
סרולי, האלט זיי פאר פולװוערטיק און פארדינט. 

-- זי האָבן פארדינט, --- האָט ער, שפּילנדיק, זיי פאָרגעשטעלט,-- 
כאָטש אָרעם און פארטיילט, כאָטש באנומען און פון מאזל בארויבט, אָבער 
ווער ווייסט, וועמענס מאָרגן ס'איז, און ער ס'וועט איבערמאָרגן די וועלט 
יארשענען? 

און אָט עפנט זיך דער טויער. סרולי מיט די מיטגעבראכטע קומען 
ארײַן, און מ'זעט, וי זיי פילן זיך צוערשט געענגט און װי פארשעמט 
פון דעם, װאָס, װוי זיי דאכט זיך, האָבן זיי ארײַנגעטראָפן אהין, װוּ 
זייער זכוס דערלויבט ניט, און מ'פילט, אז זיי װאָלטן גערן זײַן, מזאָל 
זיי באלד צוריק ארויספירן פון דאָרט.. 

סרולי אָבער דערלאָזט זיי זיך ניט שעמען. ער מוטיקט און מונטערט 
זיי, גייט פאָרויס און שפּילט א באגעגעניש, װי פאר גאָר געװוּנטשענע, 
וועלכע ווערן גערן אײַנגעלאדן אין פּאלאצן. 

און אָט קומט מען ארײַן אין זאלן, װאָס זײַנען רײַך אויסגעשטאט, 
מיט רײַךיבאשטעלטע טישן, בא וועלכע סזײַנען שוין אויסגעזעצט פיל 
אזוינע, װי די, װאָס סרולי האָט אָקאָרשט מיטגעבראכט -- אויך אזוי אָרעם 
געקליידט, אויך אזוי געמיין אויסזעענדיק, אָבער װאָס פילן זיך שױין 
היימיש און מאכן אָרט פאר די נײַ-אָנגעקומענע, אופגעלייגט און גאסט- 
פרײַנטלעך, און לערנען זיי און װײַזן זיי, אז אויך זי זאָלן זיך גוט פילן, 
היימישער און בעסער, 

ס'קומען באלד אָן אויך די אייגנטימער פון פּאלאץ --שוין שיין גע- 
קליידט און אזוי אויסזעענדיק, װוי גלײַך זיי װאָלטן מיט אזוינע געסט, 
פון סרולין איצט געבראכטע, קיינמאָל קיין מאגע-מאסע ניט געהאט, קיינ- 
מאָל אין זייער נאָענטקײַט ניט אָנגעטראָפן; און דאָ גאָר, פארקערט, ייִכעסן 
זיך מיט זיי, זעצן זיך צוזאמען, עסן װי פון איין טעלער און טרינקען 
פון איין קאָס: און אז די נײַ-אָנגעקומענע סרוליס געסט נעמען דערנאָך 
טאנצן, נאָכן עסן און אויסטרינקען, טאנצן די אייגנטימער פון פּאלאץ 
מיט, אזוי אז די פּיאטעס הייבן אָן פלאקערן בא אלע, אזוי אז די סטעליע 
הייבט זיך פון אלגעמיינער גדולע, און אלע שרײַען: ,זאָל זיך די וועלט 
פרייען! זאָל, ווער סע וויל, אהער קומען און אין אונדזער אלעמענס סימכע 
אַנטײלנעמען, נישט אויסגענומען די סאמע לעצטע, װי די סאמע ערשטע, 
די כאכאָמים פון דער וועלט, און אויך די, װאָס זײַנען אין קאָפּ געשלאָגן 
און ביז א גראָשן סייכל אױסגעבײַטלט.. אלע! אלע!-- שרײַט מען. --און 
נישט נאָר מענטשן, נאָר אפילע כײַעס פון וואלד און בעהיימעס פון פעלד 
וועט מען דאָ אופנעמען גערן...* 

און דאָ טוט זיך טאקע א הייב די סטעליע... מ'דערזעט: ס'צאכט, קאלט, 
פינצטער און אויסגעשטערנט.. און מיטאמאָל באװײַזט זיך, פון דער 
קעלט אָנקומענדיק, אן איידע זקיינים, פארשיידן אָנגעטאָן, מיט ליכט אין 
די הענט, װי מ'פירט עמעצן צו א כופּע, און הינטער אָט די זקיינים -- 
זע, קומט אָן אן איידע גײיער, וואנדערער, מיט נוסנשטעקנס אין די הענט 
און מיט טאָרבעס, ---אזוינע, װאָס האָבן קיײנמאָל קיין דאך אפן קאַפּ.. 


272 


און הינטער זי -- זע װידער -- באװײַזן זיך אויך בעהיימעס פון פעלד, -- 
ניין, ניט פון פעלד, נאָר פון אָרעמע שטאלן, שלעכט פון קעלט געשיצטע, 
מיט פראָסט אף די פעלן, װאָס זעען אויס, וי זיי זוכן א ווארעם אָרט, 
װוּ זיך אָפּקעלבן און װוּ-- פון זייערע מעובערעסע בײַכער זיך באפרײיַען. 

און באלד געשעט עס טאקע: ס'הערט זיך א שטילער מרוק פון קי, א 
ציקלען זיך פון ציגן, א מעקען פון שאָף, און זיי קעלבן זיך, ציגלען זיך, 
שעפלען זיך פאר די אויגן פון אלע פארזאמלטע אין פּאלאץ און פאר די 
ליכט פון די אָנגעקומענע זקיינים, װאָס לײַכטן זיי צו אין שטילקײַט און 
אין פּײַערלעכקײַט... און נאָכדעם, וי די נײַע ברויַם קומען פון די מו- 
טערס בײַכער ארויס, קערן זיי זיך אום, די זקיינים און די וואנדערער, און 
ווינטשן דעם גאנצן אוילעם: , מאזלטאָוו אײַך! מאזלטאָוו דער ועלט!." 
און אין קאלטן דרויסן, אין פינצטערן הימל באװײַזט זיך א גינגאָל- 
דענער שטערן איבער די קעפּ פון אוילעם, װאָס איז בא די געבורטן 
בײַגעװען. 

-- מע-מע... 

-- מאזלטאָו! מאזלטאָוו!.. 

און דאָ האָט סרולי מיטאמאַל דאָס שפּילן איבערגעריסן, װי אלעמאָל, 
איַנמיטן, און אויך איצט געמאכט גלייבן דעם אוילעם, אז די שפּיל דויערט 
און די דודע איז נאָך אין מויל בא אים, ווען אינדערעמעסן איז די שפּיל 
שוין געווען אויס און די דודע בא אים אין קעשענע פארבאהאלטן. 

ס'איז געווען א מין פּאסטעך-ליד, װאָס האָט דעם אוילעם אזוי מיט- 
געריסן, אז די באם טיש זיצנדיקע האָבן געהאלטן די מײַלער אָפן די, 
װאָס זײַנען געשטאנען, האָבן ניט געפילט, אז זיי שטייען; די האלב-דולע, 
קריפּלדיקע , קלאָלע?-פּארשוינען, וי די , מיטװאָכס? און , פּושקעס?, װאָס 
האָבן געהאלטן די קעפּ און די העלדזער איינס איבערן אנדערן אריבער- 
געשטרעקט, קוקנדיק אין פאָדערצימער און הערנדיק דאָס שפּילן מיט 
פארגאפונג, -- בא יענע האָט סרוליס שפּיל ארויסגערופן אמאָל א שטיל גע- 
לעכטערל און אמאָל אויך אפילע א קוויטש פון היספּײַלעס.. 

מ'האָט אויך נאָך דער שפּיל זיך געפילט פון סרוליס קלאנגען בא- 
הערשט, באצויבערט. מ'האָט נאָך געהאט פאר די אויגן, װאָס סרולי האָט 
אָקאָרשט פאָרגעשטעלט: דעם טרויער, פאר וועלכן ער האָט אויסגעשפּילט 
דעם מארש לעקאָװועד די, װאָס ער האָט מיטגעבראכט; די סימכע מיט די 
אייגנטימער פון פּאלאץ: די זקיינים מיט די ליכט אין די הענט, און דאָס 
פי, װאָס קעלבט זיך -- מעימע --- מיט מאזל, -- דאָס אלץ, װאָס מ'האָט אין 
דעם געפילט א שטיק איגענעם גוירל, אזוי הויכארטיק אויסגע- 
דריקט... 

מ'האָט נאָך געהאלטן די קעפּ געווענדט צו סרולין, װי וועלנדיק הערן 
נאָך און נאָך פון דעם... נאָר מיטאמאָל האָט זיך דערהערט: שא, שׂא.. 
װאָס איז?--- לוזי האָט גענומען ,זאָגן"--א זאך, װאָס טרעפט זעלטן 
װײַל לוזי איז געווען קארג אפן װאָרט, װײַל לוזי האָט אלעמאָל באפול- 
מעכטיקט אן אנדערן ארויסצוטרעטן אָנשטאָט אים, מיט דעם, װאָס מ'דארף, 
פאר די זײַניקע. און דאָ גאָר, אָן שום באקאָשעס פון קיינעם, האָט ער 


23 


זיך אליין ארויסגערופן --א סימען, אז אויך אים איז עפּעס איבער דער 
קיילע איבערגעגאנגען... 

יאָ, אויך לוזי האָט הײַנט געהאט אן איבערפולטן טאָג: פריער אויס- 
הערן פון סרולין, װאָס ס'האָט געטראָפן, דערנאָך זיך אָפּזונדערן אין אל- 
קער און בעטן בא דער ואנט און בא דעם, װאָס שטײט הינטער דער 
וואנט, מעכילע פאר סרולין, װוי אויך פאר מיכלען, וועלכער האָט זיך 
גלײַך דערנאָך צו אים אין שטוב באוויזן און בא אים לענגער פארבראכט, 
וי מיר געדענקען; דערנאָך אָט די סימכע, װען ער האָט צוגעזען, װי 
סרולי טוט ארום איר, וי ארום אן אייגענער, װען ער האָט אלץ, וי 
געהער, פארגרייט, און װי ער איז, א צופרידענער, איצט ארויס מיט זײַן 
שפּיליקיילע אומגעדרייט, -- דאָס אלץ האָט לוזין, װײַזט אויס, פון זײַן 
געוויינטלעך-אײַנגעשטעלטן שטייגער ארויסגעפירט, און װען ער האָט 
דערזען פאר זיך דעם אוילעם מיט אָנגעשפּיצטע אויערן, אָקאָרשט ערשט 
פון סרוליס שפּיל אופגערודערט, אזוי איז אים אונטערגעקומען א באגער 
זי ניט לאָזן זיך אָפּקילן, און אויך, פון זײַן זײַט, א שאָט טאָן מיט קער- 
נער אפן באָדן, װאָס סרולי האָט פאר אים אופגעאקערט אין געמיט פון די 
צוהערער, 

-- כאוויווין ייִסראָעל, -- האָט לוזי אָנגעהױיבן שטיל, אָפּגעהאקט און 
מיט קורצע זאצן, -- געליבט איז ייַסראָעל, װאָס ניט די יעסורים פון גאַ- 
לעס און ניט װאָס ער איז פארטריבן פון זײַן טאטנס טיש, שטערט אים 
ניט זיך צו פילן באָנים לעמאָקעם -- קינדער צו גאָט און אויסדערװיילט 
צום קינפטיקן מאלכעס... 

-- ס'קומט די ליכט, די געולע פון ייִסראָעל, װי ס'איז פאָרױיסגעזאָגט 
פון פאָרויסזאָגער און נעװיַיִם אף שפּעטער... אָבער אויך שוין איצט, און 
אלעמאָל, קומען צאדיקים אין אלע דוירעס, ווען ס'קומט בראָך און פּוראַ- 
ניעס אף ייִסראָעל, װאָס נעמען אף זיך די באזיניקונג פון זײַן גוירל, בא- 
לייטן אים אף זײַן דאָרןיוועג מיט א ליב אויג פון א דערבארעמדיקן, װאָס 
אלע פּײַלן, וועלכע דארפן טרעפן אין אים, װוינטשן זיי זיי צו האָבן גע- 
טראָפן אין זיך... ס'ווינטשן זיך דאָס אויך די, װאָס שטייען נאַענט צום צא- 
דיק, וועלכע זײַנען באגליקט מיטן זכוס צו פילן דעם טאם פון יענעם 
הויכן צאר פון ייִסראָעל, װאָס איז דאָס געקרענקטע, אָפּקומענדיקע און 
לײַדנדיקע הארץ פון דער וועלט. 

-- כאוויווין ייַסראָעל לעמאָקעם -- געליבט איז ייַסראָעל פאר די יעסו- 
רים, מיט וועלכע ער דינט פאר א בײַשפּיל דער וועלט, ויאזוי צו בלײַבן 
אין שטאנד און אין דער ניט-געבראָכענער מײַלע, אפילע ווען דער כאלעף 
איז אפן האלדז... געליבט איז ייַסראָעל, װאָס אין זײַנע פארטונקלטע בליקן 
בלײַבט אים קעסיידער דאָך אויך א קליין שפּעלטיקל אף ארויסצוקוקן אף 
דער געולע --ניט נאָר פאר זיך אליין, נאָר פאר אלעמען, פאר וועלכע 
ער איז דער געבענטשטער אָפּקומער און דער דערמאָנער פונעם באװוּסטן 
צוזאָג, אז , אומאַכאַ דימא מעאל קאָל פּאָנעם"--אז ס'וועט קומען א צײַט, 
ווען אלע טרערן װעלן אָפּנעװישט װערן פון אלע פענעמעה. . - 

-- ס'וועט קומען די צײַט.. -- האָט לוזי פאָרגעזעצט, שוין א דער" 


474 


ווארעמטער פון זײַנע אייגענע רייד, פול האָפענונג, -- ווען א כופּע װעט 
געפירט װערן צום הײיליקן בארג... כאכאָמים פון דער װעלט און צאדיי 
קים מיט קרוינען אף די קעפּ און מיט האװדאָלעס אין די הענט װעלן 
האָבן דעם געזאלבטן אין דער מיט, און די גאנצע װעלט װעט זי נאָכ- 
גיין -- מאן, װײַב און קינד נישט נאָר פונעם מענטשלעכן מין, נאָר אויך 
אפילע כײַעס, בעהיימעס און אויפעס, וועלכע װעלן אופגעריכט װערן און 
אַנגעפילט זײַן מיט וויסן, אינעם טאָג פון פרייד, ווען אלעמען װעט דאָס 
גליק טרעפן... יעדער כאָכעם מיט זײַנע אָנהענגער און פארערער, יעדער 
נאַװי מיט די בנײי-נעװויָיִם, יעדער צאדיק מיט די, וועלכע האָבן זיך לעבן 
איִם נאָענט געהאלטן און זיך געשפּײַזט פון זײַנע געלײַטערטע רייד און 
געזאלבטע מײַסים --אלע, וועלכע האָבן אָפּנעהיט דאָס הייליקע פײַער 
אין ווינטן און אין שטורעמוינטן, סזאָל זיך ניט אויסלעשן אין דער 
פינצטער. 

-- היט דערום אויך איר, אכיינו, אנשיי שלוימיינו, -- דאָס ליכט, װאָס 
איז אײַך איבערגעגעבן געװאָרן בעיערושע, ביז יענע טעג, ביז יאָמײ הא- 
מאַשיעך, ווען אלע קניעס װעלן זיך בוקן פארן אויסלייזער, און אלע 
קעפּ-- בעטן בראָכע -- סײַ מענטש, סײַ אנדערע ברויַם, אין וועמען ס'איז 
נאָר פאראן א רואך-כײַע --א לעבעדיקע זעל... 

-- היט דאָס פּײַער, אכיינו, אנשיי-שלוימיינו, -- האָט לוזי זיך גענומען 
מער דערווארעמען, און דער אוילעם האָט מיט פארגאפונג אים געקוקט 
אין מויל, װעלנדיק הערן נאָך און נאָך צו זײַן טרייסט און צו דער דער- 
הויבענער שליכעס, װאָס איז באשטימט פאר יעדער אָנגעהעריקן און 
נאָענטישטײענדיקן צום צאדיק. 

-- אײַ-אײַ, -- האָט דער אוילעם זיך געקװויקט פון היספּײַלעס פון דעם, 
װאָס איז דאָ אָנגעװיזן געװאָרן אן אויסוועג פון צאָרעסיהאקלאל, פון 
צאָרעס-האָומע און צאָרעס-האפּראט -- פון יעדן איינציקן פון די צוהערער. 

-- אײַ, אײַ, אײַ, -- האָט מען זיך געקװויקט פונעם גלײביקן נאכעס, 
װאַס ס'איז באגליקט צו האָבן אונטער דער פּאָלע פארשטעלט דאָס בא- 
װוּסטע ליכט, װאָס דארף טליען און זיך אופהאלטן ביז מאָשיִעכס צײַטן, 
װי דער רעבע רעב נאכמען האָט פארשפּראָכן.. 

-- אלי, אלי, 

אָבער װי דער אוילעם האָט נאַך ניט באוויזן זיך אָפּצוּװוּנדערן פונעם 
געהערטן פון לוזין, אזוי האָט פּלוצעם א טראך געטאָן א שטײן, װאָס 
האָט געטראָפן אין פענצטער פונעם פאָדערצימער, װוּ די סודע איז פאָר- 
געקומען. מ'האַט אויסגעזעצט א שויב, און שיר-שיר און א האָר אין אָפ- 
געגאנגען, אז דער ארײַנגעטראָפּענער שטיין זאָל עמעצן א קאָפּ געװען 
פּלעטן, ניט אױיסגעשלאָסן אויך (און עפשער דעריקער טאקע געמיינט) 
לוזיס קאַפּ.. 

דער אוילעם האָט זיך א וילדן כאפּ אוף געטאַן... דער קריפּל-אוילעם, 
װאָס האָט זיך געזאמלט אין קיך, האָט זיך גענומען צוריקרוקן פון דער 
שװעל פון פאָדערצימער, װוּהין ער האָט פריער די קעפּ געשטרעקט, און 
פּאמעלעך-פּאמעלעך זיך גאָר אינגאנצן אָנגעהױיבן ארויסשארן און די שטוב 


479 


פארלאָזן; יענע, װאָס האָבן באם טיש קיין אָרט ניט געהאט און האָבן 
שטייענדיק פריִער סרולין און איצט לוזין אויסגעהערט, האָבן זיך אויך 
איצט פון די ערטער גערירט, געפּלעפטע; אזוי אויך די זיצנדיקע --אף 
זייערע זיץ-פּלעצער, און נאָר איין סרולי האָט גלײַך געכאפּט, װאָס דאָ 
קומט פאָר און װאָס מ'דארף פירנעמען. 

ער האָט באלד א װוּנק געטאָן שמוליקל שלעגער, וועלכער האָט פאר- 
נומען אן אָרט באם טיש, ער זאָל מיט אים אין דרויסן ארויס, און זען, 
עפשער װעט זי געלינגען פּאקן בא דער האנט דעם, װאָס האָט דעם שטיין 
געװאָרפן, ער זאָל פון זיי זײַן ערלעך אויסקומעניש באקומען. 

ער האָט פארשטאנען, סרולי, אז אָט דער שטיין איז א מין פאָרזעצונג 
פון דעם, װאָס מ'האָט פריַער מיט אים דורכגעמאכט אין בראָכעס הויז, 
ווען ער האָט זיך אהין געטראָפן באטרונקען, און אז דאָס איז אויך אן 
אָנזאָג אף עפּעס נאָך, װאָס װעט װײַטער, מעגלעך, געשען, אף א געוויסן 
אויפן, פון געוויסע הענט געשאפן.. 

ער האָט זיך דורכגערוקט דורכן שטוב-אוילעם, און אז ער מיט שמו- 
ליקלען זײַנען ארויס אין דרויסן און האָבן זיך אומגעקוקט אין אלע זײַטן 
און געװאָלט דערשפּירן כאָטש א מינדסטן סימען פון דעם, פון וועמענס 
האנט דער שטיין האָט געטראָפן, און זיי האָבן ניט געפונען, נישט גע- 
קוקט דערוף, װאָס זיי האָבן זיך צעלאָזט, װוי שפּיר-הינט אין אלע זײַטן, -- 
האָבן זיי זיך, בעיין-בריירע, לעסאָף געמוזט אומקערן מיט ליידיקן און 
ניט קיין אויסגעלאָדענעם ווילן יענעם צו באצאָלן, װי ער האָט פארדינט. 
באלד אָבער, וי זיי האָבן זיך צוריק צו דער טיר פון לוזיס שטוב דער- 
נעענטערט, אזוי האָבן זיי זיך אָנגעשלאָגן אף איינעם א הויכן, א לאנגן, 
װאָס אין דער פינצטער איז זײַן פּאָנעם ניט געװוען צו דערקענען, און 
װאָס װי נאָר יענער האָט דערזען סרולין מיט שמוליקלען אים אנטקעגן 
גיין, אזוי האָט ער גלײַך א פרעג געטאָן: 

-- דאָ װוינט לוזי מאשבער? 

-- יאָ, װאָס איז דען! װאָס דארף ער? 

-- ער דארף, --- האָט יענער געזאָגט, -- ער איז געשיקט פון ראָוו רעב 
דודין אין א שליכעס. 

אז ער איז ארײַן, צוזאמען מיט סרולין און שמוליקלען, פריער אין 
קיך, דערנאָך אין פאָדערצימער, װוּ דער פול-געפּאקטער אוילעם האָט זיך 
נאָך געפונען אף די ערטער, שטייענדיק, זיצנדיק, נאָך איבעראשט פונעם 
נאָרװאָס געשעענעם, װאָס האָט זיך אלץ נאָך פון אלעמענס פּענעמער ניט 
אויסגענומען, ---אזוי האָט ער גלײַך א קוק געטאָן צום אױבנאָן פון טיש 
און האָט דערקענט דעם, צו וועמען ער האָט באדארפט האָבן -- לוזין, און 
נאָד, צוליב מער זיכערקײַט, האָט זיך א ווענד געטאָן און א פרעג געגעבן; 

-- דאָס איז ער, לוזי מאשבער? 

-- יאָ, ער. 

-- איז ער געשיקט פונעם מאָראָ דעאסראָ, פון ראָוו רעב דודין, וועל- 
כער בעט, אז לוזי זאָל ניט זאמען און װאָס גיכער נאָך הײַנט צו אים זיך 
װײַזן, צוליב א געוויסן איניען, 


426 





דאָס איז געווען מיילעך דער לאנגער, רעב דודיס מעשאָרעס, װאָס וי 
נאָר ער האָט די לעצטע ווערטער אָפּגעזאָגט, אזוי איז ער א װײַלע גע- 
בליבן מעװוּלװול פון דער פרעמדער סודע-לופט, מיט וועלכער ער האָט אן 
אָטעם געטאָן, און אויך דערפון, װאָס אף די פּענעמער פון אוילעם איז 
געווען צו מערקן עפּעס א צעמישטקײַט, װאָס ער האָט זיך ניט געקאָנט 
דערקלערן, פונוואנען זי שטאמט. איז ער דערום שטיין געבליבן מיט פאר- 
לוירענע בליקן און, נישט האָבנדיק מער װאָס צו זאָגן, האָט אף לוזיס 
ענטפער געווארט. 

-- גוט, -- האָט לוזי געזאָגט, --ער קאָן גיין, מיילעך, הייסט עס.. 
ס'איז א סודע דאָ, װי ער זעט... און אז מ'וועט ענדיקן, מ'וועט אָפּבענטשן, 
װעט ער גלײַך קומען, לוזי, ניט געזאמט. 

שפּעטער א ביסל, אז מ'האָט די סודע שוין פארענדיקט ווי-ניט-ווי, אי 
מאכמעס דעם איבערשלאָג מיטן שטיין, אי מאכמעס דעם, װאָס דער אוי- 
לעם האָט דערפילט אויך עפּעס ניט גוטס אין דער אײַנלאדונג פון לוזין 
צו רעב דודין; שפּעטער א ביסל, אז מ'האָט שוין אָפּגעגעסן, דערנאָך אָפּי 
געבענטשט, אזוי האָבן אלע, פארן אוועקגיין און זיך אָפּגעזעגענען מיט 
לוזין, אים ארומגערינגלט און ציטעריק וי אים געװוּנטשן, ער זאָל זײַן 
באהיט פון שלעכטס, װאָס קאָן אים, מעגלעך, פאָרשטיין דאָרט, װוּהין ער 
לאָזט זיך... 

מ'האָט זיך אײינציקװײַז, אויך רעדלעכװײַז גענומען ארויסרוקן פון לו- 
זיס שטוב, װוּ ס'זײַנען געבליבן נאָר סרולי מיט לוזין, אויך שמוליקל שלע- 
גער, וועמען סרולי האָט א װוּנק געטאָן, ער זאָל ניט אוועק מיט אלע... און 
דעמלט, אז לוזי האָט זיך גענומען אָנטאָן צום גאנג, האָט אויך סרולי געטאָן 
דאָס זעלבע, און א זאָג געגעבן: 

-- ער גייט אויך -- ער מיט שמוליקלען. 

-- צו װאָס? מ'האָט דאָך אים ניט גערופן? 

-- ס'מאכט ניט, אז אויך אומגערופן. 

מ'איז ארויס פון שטוב אינדרײַען, לוזי אין דער מיט, און סרולין מיט 
שמוליקלען האָט ער בא די זײַטן געהאט. מ'איז אזוי צוזאמען פאָרזיכטיק 
דורכגעגאנגען די פינצטערע געסלעך פון יענעם אָרט, װוּ לוזי האָט געװווינט 
און װוּ מענטשן גייען װײיניק -- װײַזט אויס, פון מוירע, אז סזאָל זיך 
דאָרט װוידער עפּעס ניט טרעפן, װי אין שטוב -- א מין אָנפאל אף לוזין. 
און אז מ'איז ארויס אין די מער באלויכטענערע און מער באלעבטע גאסן, 
װוּ די מוירע האָט שוין געקאָנט זײַן קלענער, אזוי האָט סרולי מיטאמאָל 
זיך פארהאלטן און א זאָג געטאָן, אז ער האָט נאָך עפּעס אפן וועג צו דער- 
ליידיקן... און שמוליקלען האָט ער דערבײַ א װוּנק געטאָן, ער זאָל לוזין 
ניט לאָזן אליין, פון אים ניט אָפּשטײן און אים באגלייטן ביז רעב דודין, 
און אויך דאָרט, האָט ער געזאָגט, זאָל ער מיט אים צוזאמענזײַן, ביז ער, 
סרולי, װועט אהין אָנקומען. 

דעמלט איז ער אוועק און ניט געבליבן. ער האָט זיך געלאָזט צו בראָ- 
כען, װאָס כאָטש הײַנט באטאָג האָט ער זיך געמאכט סימאָנים אין איר 
הויף, אף צו פארגעדענקען, טאָמער װעט ער אהין באדארפן האָבן אפדער- 


477 


נאכט, אין דער פינצטער, דאָך האָט ער אויך איצט א ביסל געפּלאָנטערט, 
ביז ער האָט אים אָפּגעזוכט. 

אז ער איז ארײַן צו בראָכען און האָט דאָרט אָנגעטראָפן, װי אלע מאָל 
אין א װאָכעדיקן טאָג, אין א װאָכעדיקן אפדערנאכט, גאָר װייניק, האלב 
פארשעמטע, האלב פארוקטע באזוכער, אזוי האָט ער זיך גלײַך א ווענד 
געטאָן צו איר און איר אײַנגערומט: 

-- איצט דארף ער זי האָבן, זי זאָל מיט אים מיטגיין, װוי אָפּנעמאכט. 

-- װווּהין? -- האָט יענע א פרעג געטאָן. 

-- צום ראָוו, -- האָט סרולי געענטפערט. 

-- אלי-אלי, צום ראָו?! 

-- יאָ, װאָס זשע, זי האָט זיך דערשראָקן? 

-- אוואדע דערשראָקן. 

-- נו, איז האלט זיך צו דאָרט, װוּ מע האלט זיך, אז מ'דערשרעקט 
זיר" 
דעמלט האָט בראָכע עטװאָס א שמײכל געטאָן פונעם ענטפער פון 
סרולין, װאָס, װוי סװוײַזט אויס, איז ער אמאָל גאָר קיין פּראָמאך ניט 
געווען אפילע אין באציונגען מיט אזוינע, וי זי, בראָכע. זי האָט זיך איצט 
נאָכאמאָל איבערצײַגט, װי שוין אײינמאָל הײַנט באטאָג, אז אָט דער אמאָל 
געוועזענער גאָרניט קיין פּראָמאך האָט עפּעס א פעסטע האנט אף צו צווינ- 
גען דעם, מיט וועמען ער האָט עפּעס אָפּגעמאכט, אז יענער, דער צווייטער 
צאד, זאָל -- צי ער וויל יאָ, צי ער וויל ניט -- אויספירן, װאָס ער האָט 
אף זיך גענומען. זי האָט געפילט, אז אויב זי װעט איצט פּרוּװון װעלן נישט 
האלטן קיין װאָרט און זיך אויסדרייען פון דעם, אף װאָס זי איז פריַער בא- 
שטאנען, אזוי קאָן אָט דער איר-אומבאקאנטער סרולי מאכן א סקאנדאל, 
א הויכע סצענע, װאָס קאָן פיל שאָדן ברענגען איר גאָרניט איבעריק קאָ- 
שערער פּארנאָסעישטוב, וועלכע דארף מוירע האָבן פאר אזוינע זאכן, װי 
איבעריקע אויגן, איבעריקע אויערן און איבעריקן טאראראם. 

זי האָט זיך דערום אונטערגעגעבן. און כאָטש זי האָט ניט געװוּסט גע- 
נוי, מיט װאָס זי װעט דארפן דינען אָט דעם אומבאקאנטן באם ראָו; און 
כאָטש זי האָט אויך געהאט א גרונט מוירע צו האָבן, אז אָט דאָס איידעס- 
זאָגן דאָרט װעט, מעגלעך, ניט צונויפאלן מיט די אינטערעסן פון א יוינע, 
מיט וועלכן זי איז, װײַזט אויס, געווען נישקאָשע פון באקאנט, און װאָס, 
וי זי האָט געװוּסט, האָט ער, יוינע, דאָך אײַנגעאָרדנט די גאנצע זאך מיטן 
ברענגען צו איר אָט דעם אומבאקאנטן, צוליב א געוויסן ציל; נאָר דאָך, 
אזוי וי יוינע איז איצט נישט געוװוען, ער זאָל זי אונטערהאלטן און איר 
העלפן, אויב זי וועט זיך װועלן פארקריגן מיט אָט דעם, סרולין; און אזויווי 
זי האָט דאָך הײַנט באטאָג אויך באקומען גוט באצאָלט פון דעם, װאָס 
שטייט איצט פאר איר און מאָנט אוף פאר זײַן געצאָלטס; און אזויווי זי 
האָט אויך געזען, װי געזאָגט, אז דער פּארשוין איז א מענטש מיט א ווילן, 
װאָס צוויי מאָל אָפּגעפריצעוועט און באנומען װערן פון איר שטוב װעט 
ער זיך שוין אוואדע ניט לאָזן, -- האָט זי דערום נאָכגעגעבן... זי האָט א 
זאָג געטאָן: ,אָט, באלד", און באלד טאקע האָט זי גענומען אף זיך א וויג- 


48 


20* 


טערדיקן מאנטל און א שאל אפן קאָפּ: און זײַענדיק שוין גרייט צום גאנג, 
האָט זי ווידער א זאָג געטאָן: 

-- זי גייט; געמאכט, איז געמאכט; און אז מ'וועט זי פרעגן, װעט זי 
אוואדע זאָגן, װאָס זי ווייסט. 


+ + 5 


אז לוזי איז יענעם אָװנט ארײַן צו רעב דודין, האָט ער געטראָפן נישט 
קיין גרויסן אוילעם, װי אמאָל א שאבעסצונאכטס, נאָר בלויז עטלעכע גע- 
ציילטע, אָבער, װײַזט אויס, נישט קיין צופעליקע, נאָר ספּעציִעל אהער 
צוזאמענגערופענע. דאָס איז געווען צו זען דערפון, װאָס וי נאָר רעב דודי 
האָט אים באמערקט און האָט זיך עטװאָס אופגעהויבן פון זײַן שטול, װי 
אים אנטקעגנגייענדיק מיט קאָװעד, אזוי האָבן די ארומזיצנדיקע אף לוזין 
אזא קוק געטאָן, פון וועלכן ס'איז קלאָר געווען, אז פריער א מינוט איז דאָ 
די רייד געגאנגען וועגן אים, און איצט, בא זײַן ארײַנקומען, איז מען 
אנשוויגן געװאָרן און דעם געשפּרעך איבערגעריסן. ס'האָבן זיך דעמלט 
געפונען בא רעב דודין, כוץ א פּאָר ראבאָנים, אויך אייניקע שטאָט-באלע- 
באטים, און אויך -- זע א װוּנדער! -- אזא, וי יוינע שענקער, װאָס אזויווי 
ער האָט ניט געוואגט צו פארנעמען אן אָרט לעבן העכערס פון זיך, באם 
טיש פון ראָװו, איז ער דערום געשטאנען הינטער א בענקל פון איינעם א 
זיצנדיקן כאָשעוו, מיט פארלייגטע הענט אף ארונטער, וי זײַן שטייגער. 

יוינע האָט בייס לוזיס אָנקומען באמערקט אויך שמוליקל שלעגער, 
װאָס האָט, לויט סרוליס אופטראָג, באדארפט לוזין ביזן ראָוו באלייטן און 
אויך אין שטוב מיט אים מיטגיין. ער האָט אויך באמערקט, אז ווען שמו- 
ליקל איז ארײַן, האָט ער זיך די ערשטע רעגעס פארלוירן אומגעקוקט מיט 
זײַן בעלמעוואטע אויג, ניט וויסנדיק, װוּ זיך אהינטאָן, צי שטיין בלײַבן, 
צי זיך זעצן; און, אז לעסאָף, זײַענדיק פון זעלבן סאָרט, װאָס ער, יוינע, 
אליין, וועלכער פילט זיך ניט איבעריק פרײַ אין דער סוויווע פון א ראָװו, 
ביפראט פון אזא, װי א רעב דודי, -- האָט ער דערום באשלאָסן שטיין 
בלײַבן, א ביסל װײַט, א ביסל אָפּגעזונדערט, װי א ניט בארעכטיקטער און 
ניט ארײַנגעפּאסט אין אָט דער געזעלשאפט. 

-- ער איז דער ייַד?-- האָבן אייניקע א פרעג געטאָן, ווען מע האָט 
דערזען דעם פרעמדן שמוליקלען און געװוּסט, אז ער איז נישט אײנ- 
געלאדן. 

-- הא, שמוליקל! -- האָבן אנדערע, װאָס האָבן אים א ביסל יאָ געקענט 
און געװוּסט זײַן שלעגערישע אוווידע אין שטאָט, הינטן-ארום א מורמל 
געטאָן, נישט צופרידענע, פארשטענדלעך, פון זײַן אהערקומען. 

-- הא, שמוליקל! -- האָט יוינע זיך ארויסגעכאפּט מיט אן אויסרוף, 
וי צו א גוט באקאנטן, און מע האָט געזען, אז ע ר ווייסט אים אף זיכער, 
און אז, זיכער, שמוליקל -- אויך אים:; און אָט דערום האָבן די אומצו- 
פרידענע מיט שמוליקלען נישט געקאָנט נעמען דערװידערן קעגן אים, 
מאכמעס אויב א יוינע ווערט דערלאָזט בײַצוזײַן פון איינעם א צאד, מעג 


409 


דער צווייטער צאד זיך דערלויבן צו האָבן אזא, װי דער צווייטער, װי 
שמוליקל, הייסט עס: און קוויט, און קיינעם קומט פון קיינעם קיין אויסגאָב 
ניט ארויס... 

און אזוי איז דאָס טאקע געבליבן: יוינע איז שטיין געבליבן, װי פריַער, 
הינטערן בענקל פונעם זיצנדיקן כאָשעוו, און שמוליקל -- װוּ ער האָט 
פּלאץ פארנומען: א ביסל װײַט, א ביסל אָפּגעזונדערט.. 

און אָט, און װי די ערשטע פּאָר באגריסונג-ווערטער זײַנען געזאָגט 
געװאָרן צװישן לוזין און רעב דודין, װי ס'פירט זיך, אזוי איז מען גלײַך 
צוגעטראָטן צום איניען, צוליב וועלכן דער ערשטער איז אײַנגעלאדן גע- 
װאָרן פון צווייטן. 

א פּאָר ווערטער וועגן דער באגעגעניש פון אָט די צוויי: 

אין פלוג דאכט זיך, ביידע גלײַך, ביידע פון איין טייג געקנאָטן, ביידע 
צו איין גאָט און צו איין גלויבן געהעריקע, און אפילע קימאט צו איין 
שיטע אין גלויבן -- און דאָך פארשיידענע, אי לויט זייערע אייגנשאפטן, 
און אי, דעריקער, לויט דעם אָרט און לאגע, וועלכע זיי האָבן פארנומען. 

ווען רעב דודי -- א כאריף, מיט פיל קענטעניש, וועלכע האָבן אים 
געבראכט צו זײַן דער גרעסטער ראָוו אין אזא קעהילע, װוי א, װוּ מ'האָט 
אים גרויס ערלעך געהאלטן און װוּ זײַן װאָרט איז געהיט געווען װי א 
װאָרט, װאָס איז געגעבן געװאָרן , מעסינײַ"--דה. פון גאָט אליין: ווען 
רעב דודי -- אויך א טאקיף, װאָס האָט געהאט א גאנצע שטאָט הינטער 
זיך, וועלכע האָט זיך אים אונטערגעגעבן, װוי א האר, א הערשער, און װאָס 
דערפאר, װי מיר האָבן דערציילט, פלעגט ער אלע פרימאָרגן, זומער, 
דער ערשטער אף זײַן גאנעקל ארויסגיין, די אויגן פאר דער זון פאר- 
שטעלן און נעמען אפן זינען די שטאָט, װי איינער, װאָס גיט אכטונג און 
באזאָרגט זײַנע א נאכלע, אף וועלכער ער האָט צו זאָגן, װי אן אייגנטי- 
מער. 

ווען רעב דודי -- אזא, איז לוזי פארקערט: א ווינקל-מענטש, װאָס האָט 
אלע יאָרן אין א קליין שטעטעלע אף דער גרענעץ ערגעץ פארבראכט; א 
דערװײַטערטער פון קאַהאָל; כאָטש א געלערנטער און גרויס-ווייסער, דאָך 
אַבער א מענטש נישט פון מאכט, נאָר פון געמיט; נישט נאָר נישט טאקיף, 
נאָר ערגעץ אינערלעך אפילע אָנגעבראָכן, און װאָס דערפאר, וי מיר האָבן 
שוין אויך דערציילט, האָט מען אים געקאַנט זען אָפט זיך אומדרייען א 
פארטראכטן, װי ער שטעלט זיך אוף און נעמט פירן מיט א פינגער איבער 
דער ברעם פון זײַן רעכטן אויג, וי איינער, בא וועמען די מאכשאָוועס 
קאלויצען זיך און ער וויל זיי אײַנשטילן, בארויַקן; אזא, װאָס זײַן קיילע 
האָט שטיל און לאנג זיך געוואקלט, ביז דער װײַן און די הייוון האָבן זיך 
אים אײַנגעשטעלט -- אזוי פריַער, אין דער יוגנט, און אזוי אויך איצט, 
ווען ער האָט, נאָך לאנגע גײַסטיקע אומוואנדערונגען, דערלאנגט צוקומען 
צו די, בא וועלכע ער האלט זיך איצט, אי דאָס אויך (זאָגן מיר דאָ אויס...) 
= איבעריק זיכער, אז ער װעט ביזן סאָף בלײַבן א זײיעריקער, אזא -- 
וזי. 

און איצט צום איניען. 


30-59 


280 





וי נאָר רעב דודי האָט לוזין פאר די אויגן געקריגן און וי נאָר ער 
האָט זיך געווענדט צו אים מיט די ערשטע פּאָר באגריסונג-ווערטער, אזוי 
האָט ער אים גלײַך דערנאָך א פרעג געטאָן: צי ווייסט ער, אז שטאָט איז 
שטארק אופגעבראכט אף אים, און אז ער, רעב דודי, וי דער מאָראָ דעאס- 
ראָ, איז מעכוּיעוו אים צו װאָרענען? 

-- יאָ, ער ווייסט, -- האָט לוזי שטיל אָפּגעענטפערט, א ביסל מיט טרוי- 
ער און א גיסל מיט פארבאָרגענעם שפּאס, און דערבײַ אויך א ביסל אוג- 
טערגעשמייכלט, -- װײַל איינע א װאָרענונג האָט ער שוין הײַנט באקומען. 

-- פון וועמען? -- האָט רעב דודי געפרעגט. 

-- פון א שטיין, װאָס מ'האָט אים הײַנט, ערשט אפדערנאכט, אין זײַן 
פענצטער ארײַנגעװאָרפן. 

-- א שטיין? -- האָט רעב דודי זיך פארכידעשט און מיט די אקסל וי 
אוועקגעמאכט די האלב-פארשטעלטע לוזיס באשולדיקונג, אז, קלוימערשט, 
קאָן ער, רעב דודי, האָבן א שײַכעס צו אזוינע זאכן, װי צו װאָרענען מיט 
שטיינער.. -- ער פארשטייט ניט און הייבט ניט אָן פארשטין, נישט 
ער, און נישט אויך אלע די, געוויס, װאָס זיצן דאָ בא זײַן טיש פארזאמלט. 

-- הא? -- האָט ער זיך מיט א פראגע געװענדט צו די באם טיש-זיצנ- 
דיקע און װי זיך געיידעסט מיט זיי וועגן זײַן און אלעמענס אומשולד. 

-- ניין, קיינער, -- האָבן זיך אלע אָפּגעטרײסלט פונעם פארדאכט, פון 
וועלכן קיינער האָט ניט געװוּסט צו זאָגן און ניט געהאט פון אים קיין 
אנונג. 

יאָ, קיינער... אויסער יוינען, װאָס ווען עמעצער װאָלט דעמלט א גוטן 
קוק געטאָן אף אים, װאָלט מען געזען, אז ער ווייסט יאָ און האָט יאָ 
עפּעס א שײַכעס... און אז דערפאר, ווען לוזי האָט דערמאָנט וועגן שטיין, 
האָט ער א ביסל דעם קאָפּ אין א זײַט א קערעווע געטאָן און זײַנע פאר- 
לייגטע הענט אף ארונטער האָבן זיך אים עפּעס אן אומרויקן באָברע 
געטאָן. 

-- נישט איז נישט, -- האָט לוזי געזאָגט און האָט זײַן האלב-טרויערי- 
קע, האלב-שפּאסיקע אָנצוהערעניש װוי צוריקגעצויגן, -- נו, און פון װאָס 
וויל רעב דודי װאָרענען? 

-- פון דעם, װאָס אונטער זײַן שאָטן געפינען זיך אויסבאהאלטן אזעל- 
כע פּארשוינען, װאָס ווען יאד ייַסראָעל טקיפאָ, דה. ווען ייַדן װאָלטן געווען 
בא דער מאכט, װאָלט מען זיי באדארפט ארײַנווארפן אין כיירעם, אָדער 
ערגער -- װי ס'קומט זיי. 

און דאָ האָט רעב דודי גענומען אויסלייגן די מײַסע-מיכל, װאָס איז 
פאָרגעקומען בא אים אין שטוב, אָט דאָ, בא דעם זעלבן טיש, בא וועלכן 
ס'זיצט איצט לוזי מיט אלע איבעריקע, ווען יענער האָט פאר א גאנצער 
איידע ייִדן געזאַגט און איבערגעכאזערט, אז מ'זאָל ניט מיינען, אז דאָס, 
װאָס ער האָט געטאָן, איז געווען בעשויגעג -- אומגערן, שיקערערהייט, 
קראנקערהייט, אָדער איבער אן אנדער סיבע, װאָס װאָלט זײַן שולד גע- 
קאָנט פארלײַכטערן. ניין, בעדייע צלולאָ אומעיושעוועס, דה. פריש און גע- 
זונט און מיט קלאָרן זינען, 


281 


-- אזוי, -- האָט רעב דודי געזאָגט, -- אז פון אויסגעפונען א פארענט- 
פערונג פאר יענעם, ווען יענער אליין איז אן אוימעד בימריידוי, דה. האלט 
זיך פעסט בא זײַנעם, -- קאָן דאָ קיין רייד ניט זײַן. קיינער האָט ניט די 
רעכט צו נעמען אונטער זײַן שוץ, פארטיידיקן און זאָגן א גוט װאָרט פאר 
אן אָפּענעם און אױסגעשפּראָכענעם קויפער און פּוירעק אָל:, מיט וועמען 
מ'דארף זיך באגיין בעכאָל כוימער האדין..? דאָס איז אָבער װוײיניק, מע 
דארף נאָך זיך דערקלײַבן צו די װאָרצלען, וועלכע שפּײַזן, נערן און גיבן 
צו זויגן אזוינע ווילדע געװויקסן, װי יענער... ער מיינט, די שיטע, װאָס 
דער, וועגן וועלכן ס'גייט דאָ די רייד, האָט זיך בא איר געהאלטן, ביז ער 
איז אזוי טיף אומגליקלעך אראָפּגעפאלן.. דאָס מיינט ער די שיטע, בא 
וועלכער אויך לוזי מאשבער האלט זיך און װאָס שטאמט פונעם באװוּסטן 
רעב נאכמען פון בראסלעוו, קעגן וועלכן ס'זײַנען בעשײַטע ארױיסגעטראָטן 
אלע גדוילע-האדאָר, און װאָס נאָר דערפאר, װײַל מ'האָט געשאנעוועט דעם 
קאָװעד פון זײַנע היײיליקע עלטערן, דעם קאָװועד פון דעם הײיליקן באלשעם, 
האָט מען אים אליין ניט מאכרים געווען. 

-- ס'דאָך קלאָר: בא קיינע נאָכפאָלגער פון אלערליי אנדערע שיטעס 
איז אזוינס לוי ייַרע װעלוי ייַמצע--ניט צו זען און ניט צו הערן איז 
נימצע, איז דערפון געדרונגען, -- האָט רעב דודי גענומען מאכן אויספירן 
פון זײַנע רייד, -- אז שולדיק איז ניט נאָר יענער אליין, נאָר אויך די, 
װאָס האָבן פאר אים א וועג אױיסגעטראָטן, און װאָס װוער ווייסט, צי הײַנט, 
מאָרגן װעלן זיי אויך ניט טאָן דאָס זעלבע, מאכמעס זיי זײַנען מעסוגל און 
צוגעגרייט פון זייער פאלש-פארפירערישער לערע, װאָס איז א מין מא- 
פּױילעס, א באנומענע כורווע, װוּ ס'הוליען און טאנצן שיידים און נישט- 
גוטע, וועלכע פירן אראָפּ מענטשן פון גלײַכן וועג... 

-- און אָט וועגן דעם וויל אים רעב דודי װאָרענען, לוזין, און זאָגן, 
אז װי ער װויל: אז אָדער ער זאָל, פאר אלעמען, זיך אליין דערװײַטערן פון 
דער איידע, וועלכע מוז פארזינקען, װי קוירעכס, און אליין העלפן צע- 
שטערן די נעסט; אָדער, אָוַיב ניט, װעלן דאָס אנדערע טאָן, אל דאאס הא- 
מאָקעם וועאל דאאס האקאָהאָל -- אין נאָמען פון גאָט און קאָהאָל, װאָס 
זייער געדולד איז שוין אריבער דער מאָס, און די אוולע איז גענוג גרויס, 
װאָס מ'האָט דאָס פארשוויגן ביז אהער און ניט אָנגענומען קיין מיטלען אף 
אויסצוראמען דאָס שלעכטס. 

-- זאָל ער דאָס נעמען אין אכט, לוזי, -- האָט רעב דודי געזאָגט, -- 
זיך באטראכטן... און אוב ער האָט דערװײַל עפּעס צו זאָגן צו זײַן 
פארענטפערונג, איז אים רעב דודי גרייט אויסצוהערן. 

מ'דארף זאָגן דעם עמעס, אז לוזי האָט וועגן דער עצעם באשולדיקונג 
אליין גאָרניט געקאָנט זאָגן: זײַנע אקסל זײַנען געווען צו שמאָל צו קאָנען 
נעמען אף זיך אזא הארבע מאסע פון אזא טאט, װי מיכלס, װאָס איז לויט 
אלע פרום-דענקענדיקע דייעס, נישט אויסגענומען אויך זײַנע, פון פאָרויס 


1 איינער, װאָס האָט דעם אֶל פון דער עמונע אראָפּגעװאָרפן; ? מיט דער גאנ- 
צער הארבקײַט פון געזעץ. 


1269 


באשטימט פארורטיילט... אײַ, פארװאָס ער האָט הײַנט באטאָג געבעטן פאר 
דער וואנט בא זיך אין אלקער אף מיכלס מײַסים, וי מיר געדענקען, איז 
האָט ער דאָס געטאָן אף זײַן אייגענער אכרײַעס, א ביסל איבערגעזעצלעך, 
דה. ליפנים מעשוראס האדין, געדענקענדיק דאָס געוויסע װאָרט ,ורחמיו 
על כל מעשיו" -- אז גאָטס דערבארעמונג איז איבער אלע זײַנע ברויִם, 
וער זי זאָלן ניט זײַן, און װאָס פאר א פארשולדיקטע הויט זיי זאָלן אף 
זיך ניט טראָגן... יאָ, דאָס איז מידאס האָראכאמים... אָבער ארופצווינגען 
דאָס אף רעב דודין, דעם היטער פון דין, דעם שיצער פון דין, דער, װאָס 
האלט איר פאָן און גייט מיט איר פאָרויס -- האָט ער ניט געקאָנט. אנ- 
דערש, -- װאָלט א רעב דודי געזאָגט און מיט רעכט געקאָנט טײַנען, -- 
ווען מ'װאָלט יעדערס מאָל װעלן מאכן אן אויסנאם און אריבערשפּאנען 
די צוימען פון געזעץ, אזוי װאָלט גאָטס גאָרטן מיט די בייטן און געבאָטן 
גלײַך אױיסגעטראָטן געװאָרן. און די וועלט און דער געשטעלטער שטיי- 
גער װאָלטן קיין קיִעם ניט געהאט. 

אזוי, אז לוזי מאשבער האָט, זיצנדיק איצט פאר רעב דודין און אויס- 
הערנדיק, װאָס יענער האָט געהאט צו זאָגן קעגן מיכלען, נישט געקאָנט 
ארויסגיין מיטן גלײַכן וועג, אים צו פארטיידיקן אָפן, און ער האָט דאָס 
געמוזט מאכן מיט אומוועגן און פארשטעלט... 

ער האָט געזאָגט: מיכל -- װעדליק ער, לוזי, קען אים -- איז פון א 
וואקלענדיקער נאטור... ער איז פול מיט טוירע, אָבער אויך מיט כקירע, 
װאָס איינס ציט אים אפן דערעך-האיאָשער, און דאָס צווייטע -- אין א 
צווייטער זײַט. ער איז פון זײַן יוגנט אָן, װי לוזי וייסט, באהערשט 
פון ספייקעס, װאָס לאָזן אים ניט צורו... ווען אנדערע אָבער, ווען ס'טרעפט 
זיי, ווייסן, אז דאָס איז דער אייצעס האיאָצער, וועלכן מ'דארף גויווער זײַן 
און אים מאכן דינען פאר א שטאפּל צו העכערער שטײַגונג, איז ער, ווע- 
מען די ספייקעס זײַנען באפאלן אין אן אומגעהייערער צאָל, פון וועלכע 
ער האָט זיך ניט געקאָנט באפרײַען, האָט זיך געלערנט שלעכטן פּשאט, אז 
אויב זיי זײַנען דאָ, איז א סימען, אז זיי זײַנען בארעכטיקט צו זײַן, און 
פארדינען צו בלײַבן זײַט בא זײַט מיטן העכסטן עמעס, װאָס איז אויסער 
סאָפעק. 

-- און אויב אזוי, -- האָט לוזי געזאָגט, -- איז צי קאָן דאָס ניט דינען 
פאר א פארענטפערונג פַאר איינעם, װאָס איז באגאנגען, װאָס באגאנגען, 
נישט פון העפקיירעס, נאָר פון שלעכטן פארשטיין דעם רעכטן טאמציס פון 
גלויבן -- דערמיט, װאָס ער האָט מוירע געקראָגן צו לייקענען אפילע אין 
דעם, װאָס רעדט קעגן גלויבן, אויב נאָר, זאָגט ער, ביידע זײַנען פון איין 
גאָטס האנט געשאפן. ,גם את הטוב וגם את הרע נקבל"?, -- האָט ער זיך 
געלערנט בוכשטעבלעכן פּשאט... ס'טרעפט, אלנפאלס, צי דארף מען ניט 
קוקן אף אזא, װי אף א האלב קראנקן, װאָס דאווקע װײַל ער האָט מוירע 
פאר א מעסער, האלט ער אים, שפּילט זיך מיט אים און שפּיגלט זיך אין 
אים איבעריקס. 


: אזוי דאָס גוטע, אזוי דאָס שלעכטע נעמען מיר אָן. 


183 


-- אלנפאלס, -- האָט לוזי װײַטער געזאָגט, -- צי װאָלט מען דאָ ניט 
באדארפט אויסווארטן און ניט כאפּן פארורטיילן אזא, װאָס זײַן אָפּקערן 
פון גוטן וועג איז געקומען בלויז פון א גוטער קאװאָנע, װי מעשונע דאָס 
זאָל ניט זײַן און אויסזען... אזוי װי ס'מאכט זיך, ווען מ'פארדרייט זיך אין 
די הויכע דראָכים פון כקירע, וועלכע טוען ווילד פארפירן, אָבער װאָס, 
מעגלעך, הײַנט, מעגלעך, מאָרגן, װאָלט ער זיך צוריק אליין ארויסגעדרייט 
און ארױסגעפּלאָנטערט פון זײַן גרײַז.. מעגלעך, אז דאָ האָט זיך געפאָ- 
דערט עפּעס א מין הײיראָע עליוינע, א דערלויכטונג פון אויבן, דורך וועל- 
כער ער װאָלט צוריק געקומען צו דעם, װאָס מ'דארף יאָ, אזוי וי ער איז 
פריער, פון א פארטונקלונג, געקומען צו דעם, װאָס -- ניט.. 

-- אלנפאלס, -- האָט לוזי װײַטער געזאָגט, -- װאָלט מען דאָ באדארפט 
האָבן אן אנדער צוגאנג צו אזא: ניט דעראגזענען, נאָר בארויַקן, װי ס'טוען 
די עמעסע היילער און רויפע-כוילים, ווען מ'וויל בעעמעס ארױיסטרײַבן א 
קרענק, ניט װײַל ס'איז א קרענק, נאָר קעדיי צו דערלײַכטערן דעם כוילע... 
װײַל ניט אין דער זינד גייט דאָ, נאָר אינעם זינדיקן, וועלכן מוויל בא- 
פרײַען פון איר, און נישט, װוי מ'האָט דאָ געטאָן, ווען מ'האָט געװאָלט היילן 
א קראנקן מיט גיסן הייס בלײַ אים אפן קאָפּ.. קורץ: ער מיינט, די אלע 
הארבע מיטלען, וועלכע די שטאָט האָט אָנגענומען קעגן יענעם, וועמען 
מ'האָט גלײַך פארמישפּעט און אים זיך ניט געלאָזט באדענקען, מיינענדיק, 
אז מיט שטעקנס שלאָגט מען ארויס א קרענק, ביפראט מיט אזוינע, מיט 
וועלכע מ'האָט אים געשלאָגן -- מיט דעם, װאָס מע האָט אים צוגענומען 
די פּארנאָסע און דעם ביסן פון מויל, װאָס דאָס האָט גוירעם געווען, אז 
פון אָרעמקײַט און שלאפקײַט -- מער פון ערשטן, וי פון צװייטן, -- 
זאָלן אים די קינדער אוועקומען, מיינענדיק, אז ס'איז בידיי שאָמאים, אזן 
ס'איז פון זײַן ליבן נאָמען אים די שטראָף... 

-- אוואדע בידיי שאָמאיַם, אוואדע פון זײַן ליבן נאָמען, -- האָבן זיך 
אייניקע, די בא רעב דודיס טיש זיצנדיקע, פון די ערטער אופגעכאפּט, 
לוזין די רייד איבערגעשלאָגן און אים װי ארויסגעכאפּט די ווערטער פון 
מויל, -- אוואדע בידיי שאָמאיַם, װאָס דען -- ניט? 

-- ניין, -- האָט לוזי שוין דאָס מאָל עטװאָס מער דרײסט א זאָג 
געטאָן, -- אוואדע איז ניט ער, לוזי, דער, װאָס האָט די רעכט און דעם מוט 
צו פארטרעטן דעם ווילן און דעם מיין פונעם ריבוינעשעלוילעם, נאָר אף 
וויפל ס'איז אין מענטשנס פארשטאנד, מיינט ער, אז דער ריבוינעשעלוי- 
לעם װאָלט דאָ אנדערש געטאָן, װי די שטאָט. ערעך אפּאיִם -- איז געזאָגט 
וועגן אים; ער מיינט, אז יענער װאָלט דאָ זיכער מער געדולד ארויסגעוויזן. 

-- אזוי מיינט ער? -- האָט זיך שוין רעב דודי אליין ארויסגעכאפּט א 
זייער אופגערעגטער. -- אָבער פונוואנען נעמט זיך צו אים דאָס וואטראָנעס 
אף א פרעמדער קעשענע -- אף גאָטס געדולד אָדער אומגעדולד, ווען 
ס'האנדלט זיך וועגן אזא, װאָס קיין בארדאעס װעט ניט זאָגן, אז מעכילע 
אָדער אויסווארטן איז דאָ שײַעך... , מקלל אלהים מות ימות?? -- איז בע- 





: דעם, װאָס לעסטערט גאָט, קומט טויט. 


484 


פיירעש געזאָגט, און ער, לוזי, זעט מען, איז אָט-אָט, א האָר גייט אָפּ, 
גרייט שוין יענעם ריינוואשן און באפרײַען פון שולד. איז װער, פרעגט 
זיך, האָט אים די רעכט געגעבן און פון וועמען איז ער באפולמעכטיקט, 
פון װאָס פאר א גאָדל און פון װאָס פאר א פּױסעק? 

-- קיין רעכט, -- האָט לוזי געענטפערט, -- און פון קיינעם ניט באפול- 
מעכטיקט. נאָר אזויווי ס'האנדלט זיך וועגן א מענטשן, װאָס זײַן זעל 
איז פארבלאָנדזשעט, און מ'דארף אויסגעפינען א פּעסאך כאראָטע, א טיר 
פון ראטונעק פאר אים, מיינט ער, לוזי, אז ס'איז קלאל ניט קיין אומרעכט, 
ווען ס'ווילן דאָס טאָן אויך ניט קיין גדוילים. 

-- דאָס איז איינס, װאָס איז שײַעך אָט דעם מיכלען. װאָס זשע געהער 
דעם, װאָס רעב דודי באשולדיקט די שיטע, וועלכע האָט אים, קלוימערשט, 
געגעבן דעם העטער אף זינד, זאָגנדיק, אז אלע אנדערע שיטעס זײַנען 
באװאָרנט און אויסגעהיט דערפון -- האָט רעב דודי, וי לוזין דאכט זיך, 
א טאָעס -- זאָל ער אים מויכל זײַן... װײַל אָט האָט זיך די לעצטע צײַט 
געמאכט דער פאל מיטן ליאָװער -- ניט אן אבי-ווער, נאָר אליין א גאָדל, 
א זון און א ברודער פון גדוילים, װאָס האָט אן ענלעכע מײַסע אָפּגעטאָן 
און איז איבערגעלאָפן צו די טשערנאָװויצער, וועלכע האָבן זיך מיט אים, 
וי : באװוּסט, שטארק דערפרייט און אים גענומען אונטער זײיער שוץ, 
שטעכנדיק די אויגן פון די פרומע קעגנער זייערע מיט אזא, װי דעם, ווע- 
מען זיי האָבן אף זייער זײַט ארײַנגעקריגן. די זאך איז אלעמען באװוּסט, 
נישט געקוקט דערוף, װאָס די אייגענע קרויווים, ברידער פונעם געטראָ- 
פענעם האָבן דאָס אזוי געװאָלט פארשטעלן און האָבן אלערליי שיפלעס 
געטאָן, מ'זאָל יענעם צוריק ווידער צו זיך אריבערציען.. ס'האָט ניט גע- 
האָלפן. אזוי אז פון דעם איז צו זען, אז קיינע באװאָרענישן זײַנען פאר 
קיינעם ניט פאראן, װײַל ,הכל בידי שמים, חוץ מיראת שמים"? -- איז 
געזאָגט, יעדער מענטש האָט די בריירע, און קיינער איז פאר קיינעם ניט 
פאראנטװאָרטלעך, ניט קיין טאטע פאר קיין קינד, ניט קיין קינד פאר א 
טאטן, ניט אויך קיין שיטע פאר די, וועמען זיי ווילן, געוויס, ניט זען פון 
זיך דערװײַטערט... 

-- יאָ, -- האָט רעב דודי לוזין די רייד איבערגעהאקט, און מ'האָט גע- 
זען, אז עפּעס איז אים זייער ניט ניכע די לעצטע מײַסע, װאָס לוזי האָט 
דאָ דערמאָנט, אף צו באװײַזן דעם הײפּעך, װאָס רעב דודי האָט באהויפּ- 
טעט, -- די מײַסע מיטן ליאָווער, וועלכע האָט אלע יענעמס נאָכפאָלגער, 
קרויווים, ברידער פיל אגמעסנעפעש אָנגעטאָן דערמיט, װאָס די אפּיקאָר- 
סישע קעגנער האָבן פון יענעמס אָפּטריניקײַט געקריגן א גאָלדענע פאָן 
פאר זייער ניצאָכן, און גערעכט, אויב פון דער גאָטספאָרכטיקער מאכנע, -- 
האָבן זיי געזאָגט -- הייבן שוין אָן איבערצולויפן צו זיי אזוינע, װי דער 
ליאָװוער. 

-- יאָ, -- האָט רעב דודי געזאָגט, און מ'האָט װוידער געזען, אז ער 
װאָלט אוואדע געװוען גערן, מע זאָל ניט געװען דערמאַנען יענע זאך, 


: אלץ איז פון גאָט, אויסער די מוירע פאר גאָט. 


וועלכע האָט אלע גלייביקע פון יענעם דאָר טיף אָנגערירט און פון וועלכער 
רעב דודי אליין האָט זיך איצט געפילט שטארק געשלאָגן אין זײַנע טײַנעס 
קעגן לוזין. 

-- יאַ -- האָט ער אין געדאנק גענומען זוכן עפּעס גאָר שטארקס, מיט 
װאָס לוזין צו דערלאנגען, קעדיי אָפּצושוואכן דעם רוישעם, װאָס יענער 
האָט געמאכט אף אים אליין און אף אלע באם טיש זיצנדיקע מיט זײַן לעצ- 
טער קעגנזײַטיקער טײַנע. 

-- נו, יאָ, איז פאר זײַן שוץ-פּארשוין, הייסט עס, האָט ער שוין א טע- 
רעץ. אויך פאר דער שיטע, מיקלוימערשט.. אָבער װאָס װעט ער װײַ- 
טער זאָגן דערוף, לעמאַשל, װאָס איינער זײַנער א גאָר נאָענטער האָט, 
װוי מע דערציילט, ארײַנגעטראָפן אין אן אָרט, װאָס ער, רעב דודי, וויל 
דאָס ניט דערמאָנען, וויל זײַנע ליפּן ניט מעטאמע זײַן, נאָר, צום באדויערן, 
מוז ער -- אין א הויז פון זנוס, פונוואנען ער איז ארויס מיט ביזיוינעס און 
האָט זיך דערנאָך נאָך א שיקערער אין גאס געוואלגערט. װאָס װעט ער 
זאָגן דערוף? 

-- אָט איז אן איידעס, -- האָט רעב דודי א װײַז געטאָן אף יוינען 
װאָס איז געשטאנען הינטערן בענקל פונעם זיצנדיקן כאָשעוו און האָט 
וי געווארט, מ'זאָל אים דערמאָנען, מע זאָל אים אופרופן צו דעם, צו 
װאָס ער האָט זיך, װײַזט אויס, פאָרויס צוגעגרייט -- צו זײַן דער גע- 
שוווירענער איידעס פון לוזיס לײַטס שענדלעכקײַטן. 

-- אָט איז א מענטש, -- האָט רעב דודי פאָרגעזעצט, אָנװײַזנדיק אֹף 
יוינען, -- װאָס האָט אליין געזען, אָדער געהערט, װי אנדערע האָבן גע- 
זען -- אלציינס... 

-- יאָ, װאָס װעט ער דערוף זאָגן? -- האָבן אלע באם טיש דעמלט 
זיצנדיקע אף לוזין אזא קוק געטאָן, װי גלײַך באלד-באלד וװעלן זיי זיך 
נעמען אָפּרוקן פון אים, װוי פון אזא, אין וועמענס נאָצנטקײַט ס'שטעקט 
סאקאָנע, אָדער אזא, װאָס ס'טראָגט זיך א שלעכטער רייעך פון אים. 

-- דערוף? -- איז לוזי גרייט געווען צו נעמען אויך א װאָרט צו דער 
פארטיידיקונג פונעם נײַעם באשולדיקטן, פון סרולין. 

-- דערוף... -- האָט אים פּלוצעם גענומען אונטערזאָגן שמוליקל שלעי 
גער, װאָס איז געשטאנען אינמיטן שטוב און האָט זיך די גאנצע צײַט אין 
געשפּרעך, נאטירלעך, ניט געמישט, נישט פארשטייענדיק, וועגן װאָס 
ס'גייען אזוינע הויכע רייד צװישן רעב דודין מיט לוזין... איצט אָבער, אז 
ער האָט דערהערט פון רעב דודיס מויל ארויסקומען דאָס יאָיפארשטענד- 
לעכע װאָרט , זנוס", מיט װאָס סווערט באשולדיקט איינער פון לוזיס 
נאָענטע -- ער ווייסט ניט, װער -- פאר וועלכן לוזי טראָגט, װײַזט אויס, 
די פאראנטװאַרטלעכקײַט; איצט האָט שמוליקל אוואדע און אוואדע גע- 
װאָלט זען לוזין גערעכט. און דערום, ווען לוזי האָט גענומען אָפּענטפערן 
רעב דודין, אזוי האָט שמוליקל, נישט באמערקט פאר זיך אליין, אים גענו- 
מען אונטערזאָגן מיט מיטגעפיל, װי וועלנדיק, אז לוזי זאָל װאָס גיכער 
ארויס אויך פון דער לעצטער טײַנע א זיגער, אזוי װוי ער איז ארויס, זעט 
אויס, פון די ערשטע... 


280 





-- דערוף? -- האָט לוזי שוין געװאָלט פאָרזעצן.. אָבער... אין דער 
מינוט, ווען ער האָט געװאָלט דאָס צווייטע װאָרט זאָגן, אזוי האָבן זיך 
אף דער שװעל פון רעב דודיס צימער באויזן צוויי מענטשן אָנקומען; 
איינע א פרוי אין א ווינטערימאנטל און מיט א שאל אפן קאָפּ -- פאָרויס, 
און הינטער איר א מאנצבל, װאָס האָט איר װי די טריט געהיט און געזען, 
זי זאָל זיך ניט אָפּשטעלן, זיך ניט אומקוקן, ניט כאראָטע האָבן און ניט 
וועלן צוריקגיין, 

דאָס זײַנען געוען בראָכע מיט סרולין, וועלכער האָט זיך ארײַנגע- 
שטעלט אין סאמע דער רעכטער צײַט, סאמע דעמלט, ווען מע האָט זײַן 
נאַמען דערמאָנט, אקוראט וי אין א מײַסע, ווען ס'קומט דער העלד פּונקט 
ווען מע דארף... 

-- גיי ארלין... גיי צום טיש, -- האָט סרולי פון הינטער בראָכעס רוקן 
איר אונטערגעזאָגט און װי זי געשטויסן. 

בראָכע איז ארײַן א פארלוירענע: אי ביכלאל פון רעב דודיס שטוב און 
פון דער ראבאָנישער לופט, צו וועלכער זי איז ניט געווען געװוינט; אי 
ביפראט, ווען זי האָט פּלוצלינג דערזען אויך יוינע שענקער צװישן די 
פארזאמלטע און האָט דערפילט, אז -- צי זי וויל, צי ניט -- וועט זי דאָ 
מוזן קומען מיט אים אין א צוזאמענשטויס, ניט געװוּנטשן. 

-- הא, בראָכע! -- האָט זיך בא יוינען אויך דאָס מאָל שטיל, אומויליק 
ארויסגעכאפּט א רוף, װוי צו א גוט-באקאנטער... און וויבאלד ער האָט שוין 
דערמאָנט איר נאָמען, אזוי האָט ער שוין, אגעוו, געמיינט איר געבן אָנצו- 
הערן, זי זאָל וויסן, װוּ זי געפינט זיך און וי זיך צו האלטן אין זייער 
ביידנס אינטערעסן, 

-- הא, יוינע! -- האָט אויך בראָכע א זאָג געטאָן מיט האנאָע, וי ווען 
מ'דערזעט אן אייגענעם צװישן ניט אייגענע, צװישן וועלכע מ'פילט זיך 
געדריקט און קלאל ניט געהויבן. 

זי האָט זיך אויך געװאָלט א לאָז טאָן צו אים, װוי צום איינציקן נאָענטן 
אין אָט דער פרעמדער סוויווע... אָבער זי האָט זיך באלד אָפּגעהאלטן דאָס 
צו טאָן, װײַל באלד האָט רעב דודי זיך א ווענד געטאָן צו איר -- ניט צו 
איר, נאָר וי צו איר קאָפּ אריבער -- און א פרעג געגעבן: 

-- װאָס האָט זי געװאָלט, דאָס װײַבל? 

-- יאָ, װאָס געװאָלט? -- האָבן די ארומיקע בא רעב דודיס טיש אים 
געהאָלפן פרעגן אָן ווערטער, בלויז מיט בליקן, 

בראָכע איז געבליבן אָן לאָשן... 

-- כ'בין אן ערלעך װײַבל, -- האָט זי נאָר באוויזן ארויסשטאמלען, 
און מער פון װאָרט ,;ערלעך" איז איר פון האלדז נישט געגאנגען. 

-- איז װאָס האָט זי געװאָלט, און צוליב װאָס האָט מען זי געבראכט?-- 
האָט רעב דודי א קוק געטאָן צו סרולין, װאָס האָט זיך געהאלטן הינטער 
איר רוקן און מ'האָט געזען, אז ביידע האָבן זיך צוליב איין איניען אהער 
ארײַנגעשטעלט. 

-- רעבע, דאָס איז די, -- האָט זיך יוינע ארײַנגעמישט, נעמענדיק א 
װאָרט פאר דער פארלוירענער בראָכע, -- װאָס אין איר הויז האָט ארלינ- 


487 


געטראָפן אָט דער, וועמען מ'האָט אָקאָרשט דאָ דערמאָנט: דאָס איז זי די 
באלעבאָסטע פונעם היז, און אָט איז ער, -- האָט ער אָנגעװיזן אף 
סרולין. 

-- איך! -- האָט סרולי, צו אלעמענס פארווונדערונג, דאָס װאָרט , איך" 
ארויסגעזאָגט אָן בושע. -- און דאָס האָב איך זי געבראכט, זי זאָל דער- 
ציילן די מײַסע קעהאװײַע, און אויך -- װאָס פאר א שײַכעס ס'האָבן גע- 
האט צו אָט דעם אלעם אָט אזוינע, װי אָט דער, -- האָט סרולי צוריק מיט 
א האנט אָנגעװיזן אף יוינען. 

-- ער? -- האָט רעב דודי א פרעג געטאָן, קוקנדיק צעמישט אף יוינען. 

-- יאָ, אָט די יוינעס, אָט די זוינעס! -- האָט זיך סרולי מיט א שארף 
װאָרט ארויסגעכאפּט, שוין גאָרניט אָנשטענדיק, אין דער אָנװעזנהײַט פון 
אלע די, װאָס האָבן זיך בא רעב דודין פארזאמלט. 

-- װאָס טוט זיך דאָ? -- האָט רעב דודי א צעטומלטער א געשרי 
געטאָן, אף וויפל זײַן אלט-ראבאָניש קאָל האָט אים דערגרייכט. 

-- װער איז דער ייַד?--האָט ער זיך א װענד געטאָן צו לוזין פון 
צעטומלונג. 

-- דאָס איז דער, וועמען איר האָט נאָרװאָס דערמאָנט און װאָס האָט 
געבראכט אן איידעס פון זײַן אומשולד, 

-- בראָכע! -- האָט זיך פּלוצעם דאָ דערהערט א קאָל פון שמוליקל 
שלעגער, װאָס איז געשטאנען די גאנצע צײַט אין דער זײַט, א שװײַגנ- 
דיקער. ער האָט צוערשט אויסגעהערט די באשולדיקונג פון רעב דודין; 
דערנאָך, ווען ער האָט דערזען בראָכען מיט סרולין, האָט ער פארשטאנען, 
וועמען מע מיינט מיט דער באשולדיקונג -- אז סרולין. און דעמלט, ווען 
ער האָט װידער דערזען, ויַאזוי סרולי טרעט ארויס פעסט, באשלאָסן און 
באָטועך, האָבנדיק אף זײַן זײַט אָט די בראָכע, וועלכע ער האָט אליין 
מיטגעבראכט, -- א סימען, אז ער איז רויִק און גלייבט זיך ריינוואשן פון 
יעדער כשאד; דערזעענדיק דאָס אלץ און מוירע האָבנדיק, אז יוינע, וי 
בראָכעס א גוט-באקאנטער זאָל דאָ ניט װעלן װוירקן מיט דעם, װאָס ער 
וועט אָנשרעקן בראָכען, אז ער װעט זיך מיט איר שפּעטער אָפּרעכענען 
אויב זי װעט גיין קעגן אים, -- האָט ער אויסגעשריען: 

-- בראָכע, זאָג דעם עמעס!.. דעם עמעס זאָג!.. האָב קיין מוירע ניט... 
כ'הייס! איך, שמוליקל שלעגער! 

-- איך בין אן ערלעך װײַבל, -- האָט װוידער בראָכע גענומען זאָגן, 
וויינענדיק, װײַל זי האָט זיך דערזען צװישן פיל פײַערן: צװוישן איר בא- 
קאנטן יוינען, דעם אומבאקאנטן סרולין און אויך שמוליקלען, װאָס זי 
האָט אים, װײַזט אויס, אויך גוט געקענט און געװוּסט זײַן קויעך, ווען ער 
שטעלט זיך אײַן פאר עמעצנס צאד, צום גוטן אָדער צום שלעכטן. 

-- רעבע, כ'בין אן ערלעך װײַבל... ס'נאָר מײַן פּארנאָסע אזא... כ'זאָג, 
וי דער עמעס איז.. אָט דער ייָד, --- האָט זי אָנגעװיזן אף סרולין, -- איז 
געקומען א באטרונקענער פון אים, פון יוינען, -- האָט זי אן איבערגע- 
שראַקענע געקוקט אף דעם, וועמענס נאָמען זי האָט צולעצט אָנגערופן. 

-- הא! -- האָט יוינע א ברום געטאָן פון קאס, װאָס בראָכע האָט זײַן 


88 


אַנצוהערעניש נישט פארשטאנען אָדער נישט געװאָלט פארשטיין און האָט 
דאָ דערמאָנט זײַן נאָמען ניט צום גוטן. 

ס'האָט געדאכט, אז אָט-אָט איז ער גרייט זיך א לאָז טאָן און אָנפאלן 
אף איר, און דערפאר, האָט מען געזען, האָט זי, קוקנדיק אף אים, װי דעם 
קאָפּ אין די אקסל ארײַנגעצויגן פון מוירע. 

יאָ, זי איז געווען, װי געזאָגט, צוישן פיל פײַערן: פון איין זײַט, דאָס 
ארײַנטרעפן צום ראָװו און צװוישן אזוינע לײַט, װאָס קערן זיך אָן נאָענט 
מיט גאָט, פאר וועמען זי, בראָכע, האָט מוירע, נישט געקוקט דערוף, װאָס 
איר פּארנאָסע איז גאָר ניט קיין געטלעכע; פון דער צווייטער זײַט, די 
מוירע פאר א יוינע, װאָס, װי ס'װוײַזט אויס, האָט ע ר איר און זי אים 
נישט איין מאָל נישקאַשע פון א פארדינסטל צוגעשארט און װאָס זי װאָלט 
אוואדע גערן געװאָלט פאר אים יויצע זײַן און נישט שטעלן זיך פּאָפּערעק 
זײַנע געשעפטן: הײַנט, װוידער, אָט דער שמוליקל, װאָס איז, װײַזט אויס, 
עמעצנס א צווייטנס צאד, נישט יוינעס, פון וװועמען מ'קאָן אויך אמאָל 
ארײַנקריגן א טויווע אָדער א ראָע, וי פון אזא, װאָס איז פיייַק אף ביידע... 
און גאָר צולעצט, אָט דער סרולי, װאָס האָט זי הײַנט צוויי מאָל באזוכט 
און דאָס ערשטע מאָל איר די מאטבייע דערלאנגט, און ביידע מאָל בא 
איר געפאָדערט, װאָס אים קומט -- דעם עמעס, װאָס אויב ניט, אויב זי 
זאָגט זיך אָפּ פון אים צו זאָגן, איז ער, װי ס'זעט אויס, אויך א באל-יעכוי- 
לעס, װאָס קאָן זיך אָפּרעכענען דערפאר וי געהעריק. פון דעם אלעם האָט 
זיך איר גענומען מישן דער קאָפּ, און אומקוקנדיק זיך אין אלע פּײַנטלעכע 
און קעגנזעצלעכע זײַטן, האָט זי קיין אנדער אויסוועג ניט געזען, וי נאָר 
צו זאָגן דאָס, װאָס איז איר געווען אמלײַכטסטן --דעם עמעס, וועלכער 
זאָגט זיך גלאט, אָן אָנשטרענגונג, אָן דרייען מיט דער צונג און אָן צו 
דארפן פארשטעלן עפּעס אונטער דער פּאָלע. 

-- רעבע! -- האָט זי אויסגעשריגן. -- און מיט דער מויד האָט ער גאָר- 
ניט געטאָן. מאכמעס ער איז געווען שיקער... ער האָט זי ניט אָנגערירט... 
ער האָט זי געלאָזט קאלט... 

-- מיילעך!.. -- האָט רעב דודי, אויסער זיך, א געשריי געטאָן, רופנ- 
דיק זײַן מעשאָרעס, מיילעך דעם לאנגן, צו הילף, ווען ער האָט דערהערט 
די לעצטע בראָכעס װערטער, פון וועלכע ער האָט זיך גענומען אָפּשאַקי 
לען, גלײַך װי שראָצים װאָלטן אף אים אומגעקראָכן. 

-- ,אוי לאותה בושה!? -- האָבן זיך אים די הענט אראָפּגעלאָזט אין 
אַנמאכט. 

-- װאָס טוט זיך דאָ?! -- האָט ער זיך וידער א כאפּ געטאָן 

-- יאָ, װאָס? -- האָבן אלע באם טיש זיצנדיקע אים אונטערגעהאָלפן, 
אליין אויך פארלוירענע פונעם פאָרגעקומענעם. 

-- האמעאָראס פּאָריצים -- א גאנאָװים-ילאָך בא מיר! -- האָט רעב 
דודי, לעסאָף, אויסגעשריגן, װי ניט מיט זײַן קאָל. -- גייט אײַך! גייט 
אײַך! -- האָט ער װי מיט א זיך-מיעסנדיקער האנט אָנגעװויזן אף בראָ- 


1 וויי צו דער שאנד, 


499 


כען, אף שמוליקלען, אף סרולין און אויך אף יוינען, װאָס כאָטש ער איז 
געווען א מער היימישער, האָט זיך אָבער רעב דודיס צוטרוי צו אים אָפּ- 
געטאָן, דערזעענדיק אים א שוטעף צו דעם, װאָס האָט געבראכט בושע 
אין זײַן הויז. 

-- זעט! -- האָט ער זיך מיטאמאָל א קערעווע געטאָן צו לוזין, וועל- 
כער איז די גאנצע צײַט געזעסן אן אונטערגעריסענער, געפּלעפט פונעם 
ניווזעדיקן האנדל, צו וועלכן מע האָט אים צוגעצויגן. 

-- זעט, צו װאָס איר האָט דערבראכט: צו שאנד, צו זנוס און צו דארפן 
האָבן צו טאָן מיט אזוינע, װאָס ניט זיי זײַנען דער כײַעו אין דעם, װאָס 
זיי טוען, נאָר די, װאָס שטייען בא זיי בעראָש.. -- איר, איר, לוזי 
מאשבער... 

-- און מיר --איך און אלע דאָ פארזאמלטע --זײַנען אײַך מאסרע 
אומוידיע, אז שטאָט װעט ניט שװײַגן, שטאָט װעט אף קיינעמס קאַװעד 
ניט קוקן, װער דער שולדיקער זאָל ניט זײַן, װאָס פאר אן אָרט ער 
זאָל ניט פארנעמען און מיט װ עמען ער זאָל זיך ניט אָנקערן.. אייש 
יאָצאָ -- א פײַער האָט זיך צעפלאקערט, און מ'דארף דאָס זען לעשן מיט 
אלע מעגלעכקײַטן, װאָס שטאָט פארמאָגט: ביז ארױיסטרײַבן פון שטאָט, 
ביז איבערגעבן אין גוייַשע הענט און ביז אפילע מאטיר דאם זײַףג -- 
האָט רעב דודי שוין געשריגן העכער, װי זײַן קאָל האָט אים 
דערלויבט. 

-- יאָ, אפילע מאטיר דאם זײַן, -- האָבן אים אלע באם טיש זיצנדיקע 
אונטערגעזאָגט, און באזונדערס יוינע, װאָס רעב דודיס לעצט װאָרט אין 
אים זייער געווען צום הארצן... 

-- יוינע! -- האָט זיך ווידער דערהערט א געשריי פון שמוליקל שלע- 
גער, װאָס האָט פארשטאנען דעם באטײַט פון ,, מאטיר דאם", און אויך צו 
וועמען מוויל דאָס אָנװענדן -- אז צו די לוזי-לײַט, און מע האָט דערזען, 
וי זײַן בעלמעוואטע אויג האָט זיך אים ווילד צעבליצלט, וי גרייט זיך 
ווארפן אין געשלעג מיט דעם, ועמענס נאָמען ער האָט אָקאָרשט 
אָנגערופן; 

-- יוינע, כ'בין נאָך ניט געשטאָרבן--איך, שמוליקל!. װעסט דאָ 
האָבן צו טאָן מיט מיר!.. 

-- שװײַג, דו! -- האָט יוינע אים װוי באזײַטיקט און מיט דער האנט 
אוועקגעמאכט זײַן באדײַטונג, זײַן װוערט און זײַן קויעך אין קריג. 

-- גייט אײַך! גייט אײַך! -- האָט, לעסאָף, רעב דודי א געשריי געטאָן 
אי צו יוינען, װאָס האָט געהאלטן זײַן צאד, אי אויך צו זײַן קעגנער שמו- 
ליקלען, אי צו בראָכען און סרולין, אז אלע זײי, הייסט עס, זאָלן זיך װאָס 
גיכער פארנעמען און פארלאָזן זײַן שטוב, וועלכע איז פון זיי וי פאר- 
פּעסטעט. 

-- און אײַך, -- האָט ער זיך גאָר צום סאָף א ווענד געטאָן צו לוזין, 
שוין אן אױיסגעשעפּטער, אי פון פריעריקן שטילן געשפּרעך צװישן אים 


: דערלויבן הארגענען. 


490 


און יענעם, און אי אויך דערנאָך פון זײַנע אופגעבראכטע אויסגעשרייען, -- 
און אײַך, לוזי מאשבער, װאָרן איך נאָכאמאָל, אין נאָמען פון קאָהאָל, אז 
איר זאָלט געדענקען, אז שטאָט װעט ניט שװײַגן און װעט זען אויסראמען 
דעם כיירעם. 

-- װאָסער כיירעם? -- האָט לוזי געפּרוּװוט א װאָרט ארײַנשטעלן צו 
זײַן פארטיידיקונג. -- ער, -- האָט ער א װײַז געטאָן אף סרולין, -- האָט 
דאָך איידעס. 

-- איידעס?! -- אזוינע, -- האָט רעב דודי אף בראָכען א װײַז געטאָן, -- 
זײַנען פּאָסל לעיידעס, אזוינע זײַנען א שאנד אין ייַסראָעל, און נאָר אזוינע, 
װי די אײַעריקע, און עפשער אויך איר אליין, קאָנט געפינען א העטער 
אף אָנקערן זיִך מיט זיי אייגענע... 

-- װאָס?! -- האָט לוזי גענומען שטאמלען. 

-- װאָס האָט געזאָגט רעב דודי? -- האָט סרולי פון זײַן אָרט, װוּ ער 
איז געשטאנען, װי פון א קייט זיך אָפּגעריסן, און מ'האָט געזען, אז אויב 
עמעצער אָדער עפּעס װעט אים איצט ניט אָפּהאלטן, אזוי װועט ער, קומענ- 
דיק פאר רעב דודין, אים לאָזן הערן אזוינס, װאָס ניט נאָר רעב דודי 
אליין, נאָר אלע דאָ אין שטוב פארזאמלטע און אפילע די ווענט אין שטוב 
װעלן זיך דארפן שעמען... 

יאָ, דערבײַ האָט עס געהאלטן: אָטיאָט האָט דאָס געזאָלט געשען. נאָר 
אין דער מינוט האָבן זיך אומגעריכט אף דער שוועל פון רעב דודיס שטוב 
באוויזן צוויי נײַע מענטשן, צוויי פרויען -- ביידע אין װוינטער אָנגעטאָן, 
אין מאנטלען און אין קאָפּטיכלעך, און וי נאָר מ'האָט אף זייער האל- 
באַשע א קוק געטאָן, אזוי האָט מען גלײַך דערקענט דעם גראד, צו וועלכן 
זי געהערן, אז צו די רײַכע, גאָר רײַכע... 

דאָס זײַנען געווען די אונדז שוין פון לאנג באקאנטע גיטעלע, מוישע 
מאשבערס װײַב, מיט איר טאָכטער יודעס, װאָס זײַנען נאָרװאָס צום ראָװוס 
שטוב מיט א פורל צוגעפאַרן -- נישט פון דער היים, נאָר פון דער קלאָ- 
לע-גאס, װוּ לוזי האָט געװוינט, און װאָס קומענדיק אהין, און זיך דער- 
װוּסט, אז ער איז ניטאָ און אז מ'האָט אים אוועקגערופן צום ראָוו, האָבן 
זי פארקערעוועט און געהייסן אהער פאָרן. 

דאָס איז געווען נאָך לעצט-שווערע טעג בא מוישע מאשבער; נאָך דעם 
ווען ער האָט אין געהיים אָפּגעשלאָסן דעם געוויסן אָפּמאך מיט סרולי גאָל, 
וי אויך אנדערע ענלעכע אָפּמאכן, וועגן וועלכע ס'איז ניט דאָ דאָס אָרט 
צו דערציילן; אָבער דעריקער נאָך דעם, װי אין די זעלבע טעג איז קלאָר 
געװאָרן פון די וויזיטן פון איינצלנע דאָקטוירים, וי אויך פון גאנצע קאָנ- 
סיליומס, וועלכע מ'האָט אײַנגעלאדן, אז די לאגע פון זײַן קראנקער טאָכ- 
טער נעכאמקע איז אָן האָפענונג, און אז אירע טעג, און מעגלעך אויך 
שאָען, זײַנען געציילטע... 

אָט דעמלט, ווען גיטעלע, מוישע מאשבערס װײַב, האָט פון צאר שוין 
אָפּט געזען איר קראנקער טאָכטערס אלקער אױסמײַדן, און מוישע מאש- 
בער איז, מאכמעס דעם זעלבן טאם, אלע מאָל ארײַן אין אלקער, און באלד 
ווידער געװאָלט ארויס פון דאָרט, אָבער ער האָט ניט געקאָנט, מאכמעס 


291 


די טאָכטער האָט אים פארהאלטן, האָט זײַן האנט ניט ארױסגעלאָזט, 
פרעגנדיק אלע מאָל דאָס זעלבע: ,טאטע, אף וועמען לאָזסטו מיך איבער?.. 
שטיי לעבן מיר, זײַ מיט מיר, לאָז מיך ניט אליין..." און מוישע מאשבער 
האָט אלע מאָל, ווען ער האָט דאָס דערהערט, מיט טרערן זיך באוואשן און 
א פולן גאָרגל פארשטיקטע כליפּערײַ געהאט... 

אָט דעמלט -- און דאָס איז געווען יענעם אפדערנאכט, וועגן וועלכן 
מיר האָבן נאָרװאָס דערציילט -- האָט גיטעלע אָפּגערופן אין א זײַט איר 
עלטערע טאָכטער יודעס און איר א זאָג געטאָן א פּאָר ווערטער אפן אוי- 
ער... זיי האָבן זיך ביידע באלד אָנגעטאָן, און אזויווי זי האָבן געהאט שטיין 
גרייט א פורל פארן טױער, אזוי זײַנען זיי גלײַך ארויס און זיך געהייסן 
פירן אף דער , קלאָלע?, לויט א געוויסן אדרעס. 

דאָס אָרט, װוּ לוזי האָט געװוינט, האָט זיך גיטעלע דערפרעגט בא איר 
מאן מוישען, וועלכער האָט איר פריִער מיט א פּאָר טעג, אגעוו, איבער- 
כאפּנדיק, דערציילט, אז די לעצטע צײַט האָט ער, אין ענגעניש, שוין נישט 
איין מאָל לוזין באזוכט און זיך מיט אים איבערגעבעטן... אף וויפל גי- 
טעלע האָט דעמלט געקאַנט האנאָע האָבן, האָט עס איר האנאָע געטאָן, װײַל 
כאָטש זי האָט זיך זייער און זייער גענייטיקט אין טרייסט און אין אזא, 
פאר וועמען זי זאָל איר אָנגעװײיטעקט הארץ אויסגיסן: און װער איז דען 
מער מעסוגל דערוף, אויב ניט לוזי, װאָס ווען זי װאָלט אים דערזען אין 
איר נאָענטקײַט, װאָלט איר גלײַך לײַכטער געװאָרן און ס'װואָלט פון איר 
אראָפּ א שווער-דריקנדיקער שטיין. יאָ, װער?.. און דאָך האָט זי ביז איצט 
אפילע זײַן נאָמען ניט דערמאַנט, האלטנדיק, אז וויבאלד מוישע האָט מיט 
אים איבערגעריסן, איז ניט איר זאך זיך ארײַנמישן און זיך ארײַנלײגן 
אין שאָלעם. 

איצט אָבער, ווען זי האָט זיך דערװוּסט, אז די פארבינדונג צװישן די 
ברידער איז װוידער אופגעשטעלט; איצט אויך, ווען, װי שוין אויבן גע- 
זאָגט, איז שוין דער מאלעכהאמאָוועס אף איר טאָכטערס שװועל געשטאנען; 
איצט, אז אלץ, װאָס א מוטער איז פיייק צו טאָן פאר איר קינד, האָט זי 
אָפּגעטאָן און ס'האָט ניט געהאָלפן; אז אלץ, װאָס מ'האָט געקאָנט צעטיילן 
אָרעמעלײַט פון איר קראנקער טאָכטערס זאכן, וי שיך, קלײדער, 
איז שוין צעטײילט געװאָרן; אז אין אלע מעגלעכע שולן און קלױזן 
איז שוין געשענקט געװאָרן געלט אף ליכט און אף מאשקע, מזאָל אף 
איר טאָכטערס געזונט בעט אז מהאָט שוין קװאָרים געמאָסטן און, 
לעסאָף, אויך דער קראנקער דעם נאָמען געביטן, און ס'האָט װײַטער ניט 
געהאָלפן... 

אָט דעמלט האָט זיך גיטעלע דערמאָנט אין איר לעצטן אָנהאלט, אין 
לוזין... און נישט װײַל זי האָט געגלייבט, אז ער װעט באװײַזן א מויפעס 
אָדער אז זײַן טפילע וװעט זײַן מער אָנגענומען, װי איר אייגענע אָדער 
װי די טפילעס פון אנדערע, נאָר פּאַשעט דערפאר, װײַל זי האָט געװאָלט 
האָבן איינעם, צו וועמען זי זאָל קאָנען קומען מיט אירע געבראַכענע 
טײַנעס און, װי א קינד צו א טאטן --מיטן פּאָנעם צו זײַן ברוסט 
צופאלן. 


22 


אז זי האָט זיך פּלוצעם באוויזן אין רעב דודיס שטוב, סאמע דעמלט, 
ווען רעב דודיס קאעס איז דערגאנגען דערצו, אז ער האָט זיך ניט אָפּגע- 
שטעלט פון אזוי ווילד צו מעװײַעש זײַן לוזין, װי מיר האָבן דערציילט: אָט 
דעמלט, אז זי האָט זיך באוויזן מיט איר טאָכטער אף דער שװעל, אזוי 
זײַנען אלע מיטאמאָל אנשוויגן געװאָרן: רעב דודי מיטן קאעס אין מויל, 
לוזי מיט זײַן פארשטומטער פראגע אף די ליפּן, סרולי מיטן אימפּעט, מיט 
וועלכן ער האָט זיך א לאָז געטאָן צו רעב דודין, װי אויך אלע אנדערע, 
וועלכע זײַנען -- ווער באם טיש געזעסן און װער -- אינמיטן שטוב גע- 
שטאנען, יעדערער, וועמענס צאד ער איז ניט געװוען -- אין זײַן פּאָזע, 
וי פארגליווערט... און אז גיטעלע, װאָס איז ארײַן פון פינצטערן דרויסן, 
האָט, זיך אײַנקוקנדיק אין דער שטוב-שײַן, דערזען צװוישן איבעריקן אוי- 
לעם דעם, צו וועמען זי האָט געצילט און געגארט דערזען -- לוזין, אזוי 
האָט זי זיך א לאָז געטאָן מיט א גיכערן שפּאן צו אים. נאָר איידער זי 
האָט צו זײַן אָרט דערגרייכט, האָט זי זיך פארכאפּט און זיך א וענד 
געטאָן צום אױבנאָן פון טיש, װוּ רעב דודי האָט זיך געפונען, און אויך 
צו די איבעריקע באם טיש -- אויך ראבאָנים און אויך, װוי ס'זעט אוֹיס, 
כאָשעװוע -- זיך געווענדט און אויסגעשריגן: 

-- ייִדן! ראבאָנים! 

-- לוזי! -- האָט זי זיך אָבער באלד איבערגעריסן און איז ארויס מיט 
איר װאָרט צו דעם, צו וועמען זי האָט דעריקער באדארפט האָבן און װאָס 
צוליב אים איז זי אהער געקומען. 

מַ'האָט איר געװאָלט דערלאנגען א בענקל, ווען מ'האָט געזען, אז זי 
איז געקומען מיט א בראָך, װאָס װעט איר ניט דערלויבן צו קאָנען בלײַבן 
שטיין פארן ראָװו, װוי ס'פירט זיך... גיטעלע אָבער האָט אוועקגעקוקט פונעם 
בענקל און עס מיט דער האנט אוועקגעמאכט. 

-- לוזי-קרוין, -- האָט זי אויסגעשריגן, --גאָטס צאָרן איז אף אונדז.. 
נעכאמקע, דער יונגער בוים, ווערט אונדז פארשניטן... ייִדן, ראבאָנים, בעט 
פאר מיר, בעט פאר מוישע מאשבערס טאָכטער, װאָס אין א כוילע- 
מעסוקן... 

בא אלעמען זײַנען די פּענעמער ערנסט געװאָרן, ווען מ'האָט זיך דער- 
װוּסט, װער דאָס איז -- אז מוישע מאשבערס װײַב, און דערהערט, װאָס 
פאר א צאַרע ס'האָט זי געבראכט אהער. און אייניקע באם טיש זיצנדיקע 
האָבן מיט מיטגעפיל די אויגן אראָפּגעלאָזט און אָנטײלנעמענדיק ארויסגע- 
מורמלט: ,אזוי... אזוי... מוישע מאשבערס טאָכטער... דער אייבערשטער 
זאָל העלפן,,.* 

-- לוזי! -- האָט זיך גיטעלע דעמלט נאָכאמאָל א ווענד געטאָן צו לו- 
זין, נישט קוקנדיק מער אף קיינעם, גלײַך קיינער איז אין שטוב ניטאָ.-- 
דו פאָרסט מיט מיר מיט... א פורל ווארט אף אונדז אונטן.. און דער בי- 
זאיען, -- האָט זי זיך געכאפּט און דערמאָנט אינעם קריג, װאָס איז אמאָל 
פאָרגעקומען צװוישן לוזין מיט איר מוישע, װי מיר געדענקען, בא איר אין 
שטוב, -- און דעם ביזאָיען, װאָס מוישע האָט דיר אָנגעטאָן, דארפסטו נישט 
געדענקען, װײַל ס'שטייט צו דיר ניט צו קיין ביזאָיען... פון קיינעם נישט, 


1203 


לוזי! -- האָט זי צוגעגעבן, גלײַך זי װאָלט געפילט, אז אויך דאָ, ערשט, 
פאר איר אָנקומען, איז ער נאָכאמאָל פון עמעצן באליידיקט געװאָרן אומ- 
פארדינט. 

-- יאָ, גיטעלע, כ'פאָר... אוואדע פאָר איך... -- האָט לוזי א זאָג געטאָן, 
און אלע ארום, סײַ אליין רעב דודי, סײַ די, װאָס האָבן זיך געפונען בא 
זײַן טיש אויסגעזעצט, האָבן מיט פארװונדערונג דערזען, מיט װאָס 
פאר א פארערונג גיטעלע האָט זיך באצויגן צו לוזין, װאָס כאָטש ער 
איז איר אזא נאָענטער קאָרעװו, דאָך שטייט זי פאר אים וי מיטן קאָפּ 
געבויגן. 

ס'איז דערום דער ביזאָיען, װאָס רעב דודי האָט לוזין אָנגעטאָן דערמיט, 
װאָס ער האָט אים אוױיסגעװאָרפן אזא זאך, װאָס מ'ווארפט ניט אויס קיין 
ערגסטן -- איצט, נאָך גיטעלעס פארערנדיקער באציונג צו לוזין, װי צע- 
רינען און אויס געװאָרן, און װי גיטעלע האָט דאָ נאָרװאָס געזאָגט: צו 
אים ניט צוגעשטאנען... 

נישט נאָר רעב דודי אליין האָט זיך איצט געפילט א ביסל נישט װי 
ס'געהער צו זײַן, נישט געהויבן און א ביסל שולדיק פאר לוזין, נאָר אויך 
אלע רעב דודיס מעקוראָװים האָבן געהאט דאָס זעלבע געפיל, און אפילע 
בא אזא, װוי א יוינע, האָבן זיך די הענט אראָפּגעלאָזט פון צו װעלן יענעם 
עפּעס שלעכטס טאָן, אפילע ווען ער װאָלט איצט געקריגן א דערלויבעניש 
פון וועמען ער דארף... יאָ, װײַל אף וויפל אזא פּארשוין קאָן האָבן דערע- 
כערעץ פאר איינעם, װאָס כאָטש ער איז אף אים אָנגעשטױסן, רופט דאָך 
יענער בא אים ארויס מער אכטונג, וי צו זיך אליין, -- אף אזויפיל האָט 
לוזי טאקע בא אים ארויסגערופן, 

דער זײַטיקער אוילעם האָט גלײַך נאָך גיטעלעס אויסרופן, געווענדט 
צו לוזין, זיך גענומען פון שטוב ארויסרוקן. צוערשט בראָכע, װאָס איז, 
נישט באמערקט פון קיינעם, אָן א זײַ-געזונט, פון ראָװס שטוב ארויס 
און פארשװװוּנדן; דערנאָך אויך שמוליקל, וועלכער האָט באקומען א װונק 
פון סרולין, אז אויך ער קאָן גיין, װײַל זײַן שליכעס איז פארענדיקט, 
און װײַל ער, שמוליקל, אליין, האָט אויך, פון זײַן זײַט, געזען, אז יוינע 
װעט איצט, נאָך דער נאָרװאָס פאָרגעקומענער סצענע, שוין קין 
יוינישע שטיק נישט װעלן ארױיסװײַזן, און ער האָט דערום דערפילט אויך 
זײַן אייגענעם שלעגערישן אימפּעט אָפּגעקילט, געלאָשן און נישט צום 
געברויכן. 

ער איז אויך ארויס. און נאָך דעם, װי לוזי האָט זיך אופגעהויבן פון 
זײַן זיץ-אָרט און האָט זיך האלב-יאָ, האלב-ניט אָפּגעזעגנט מיט רעב דו- 
דין און מיט די ארומיקע, האָט ער, אין דער באגלייטונג פון גיטעלען און 
יודעסן איר טאָכטער, די שטוב פארלאָזט. אויך סרולי איז אים נאָכגעגאנ- 
גען. און אז מ'איז ארויס פון ראָוו און מ'איז אראָפּגעקומען צום פורל, װאָס 
האָט די גאנצע צײַט אין דרויסן געווארט, האָבן צוערשט לוזי מיט די 
פרויען פארנומען זיץ-פּלעצער, און דערנאָך האָט לוזי א װײַז געטאָן אף 
סרולין, אז אויך ער זאָל זיך זעצן און פּלאץ פארנעמען, 

און אָט דעמלט האָט לוזי, נאָך אזא לאנגער צײַט נישט זײַן און נישט 


2* 204 


באזוכן זײַן ברודערס שטוב, זיך דאָרט נאָכאמאָל איצט באוויזן... אף וויפל 
אין יענער שטוב איז דעמלט מעגלעך געווען פארגעניגן צו האָבן, האָט מען 
געהאט... מ'האָט אים גלײַך ארײַנגעפירט צום כוילע, װוּהין אלע האָבן זיך 
פארזאמלט, וי גלײַך מ'װאָלט געווארט אף הילף און אף גענעזונג פון אים. 

ווען ער האָט דערזען די האָפּענונגסלאָזע לאגע פון כוילע, איר פּאָנעם -- 
פארענדערט, די באקן-ביינער -- פארשפּיצט, ערד בא די נאָזלעכער, און 
אז דער אָטעם קומט איר ארויס מיט א כריפּ, און אָפּט פעלט ער איר אויס 
און זי זוכט אים און װויל אים אופכאפּן, װי א פיש אף דער טרוקן: זעענדיק 
דאָס אלץ, האָט ער געטאָן, װי מ'טוט אין אזוינע פאלן: קיין סימען פון 
באומרויקונג נישט ארויסגעוויזן, נאָר פארקערט, זיך געהאלטן אזוי, גלײַך 
ער קוקט אפן כוילע, װי אף אלע איבעריקע, אָן כידעש און אָן אויס- 
טיילן זי צום ערגערן, װי ווען מ'קוקט אף א מענטשן, װאָס איז אין 
סאקאָנע. 

אף א װײַלע האָט אָט די לוזיס האלטונג דעם כוילע טאקע פארגריג- 
גערט, װײַל װי שווער און בארג-אראָפּ זי האָט די מאסע פון אירע לעצטע 
טעג ניט געצויגן, איז אָבער דאָך, ווען זי האָט דערזען פאר זיך דעם, 
װאָס זײַן אָנקומען און װײַזן זיך אין איר פאָטערס שטוב האָט אלע מאָל 
געשאפן יאָמטעו, האָט דאָס אף איר אזוי גענעזנדיק געװוירקט, אז זי האָט 
א װײַלע אין איר קרענק פארגעסן, --אין אזא זאך, װי אז געוויינלעכער 
אָטעם איז בא איר א זעלטנהײַט און א גליקלעכער אויסנאם. 

מ'האָט פארבראכט באם כוילע, וויפל ס'האָט זיך געלאָזט און אפילע 
מער, װי ס'האָט זיך געלאָזט. מ'האָט גערעדט א קליין ביסל, צוליב יויצע 
וועגן, פון איר אליין, אָבער מער פון זײַטיקע זאכן, קעדיי זי צו צע- 
שטרײַען און נישט ארױיסװײַזן קיין באזונדערע באזאָרגטקײַט פון איר 
קרענק. 

יאָ, לוזי איז, װי געזאָגט, גלײַך נאָך זײַן אָנקומען אין כוילעס אלקער 
אָפּגערופן געװאָרן, און סרולי איז געבליבן אויסווארטן אף אים אין עס- 
שטוב. דאָס איז געווען יענע עס-שטוב, אין וועלכער סרולי פלעגט פריער, 
אמאָל זײַן אן אָפּטער אײַנגײער, ווען ס'האָט זיך אים געװאָלט, און ווען 
ניט געװאָלט --ניט אָפט, און װי דאָס לעצטע מאָל, וי מיר געדענקען, 
האָט ער, אָנקומענדיק פון זײַן זומערדיקער וואנדערונג, דאָרט זײַן טאָרבע 
אָפּגעלײגט, און פון דאָרט, װידער, איז ער, בייס דער קריג פון לוזין מיט 
זײַן ברודער, ארױיסגעיאָגט געװאָרן פון מוישע מאשבער, און אוועקגייענ- 
דיק, האָט ער זײַן טאָרבע פון איינעם א ווינקל פארנומען. 

ער איז איצט געזעסן און האָט זיך אײַנגעקוקט אין יענעם וינקל.. 
ער האָט אויך די גאנצע עסישטוב באטראכט. און אויך די אנדערע צי-. 
מערן, אף וויפל זיי האָבן זיך געלאָזט אָנזען דורך די אָפענע טירן, וועלכע 
האָבן געפירט אהין. 

ווען סרולי זאָל ניט געװוען זײַן סרולי, װאָלטן אים, געוויס, דעמלט 
מאָדנע געדאנקען געקאָנט קומען אין קאָפּ, און באזונדערס איינער, א 
טשיקאווער זייער, און נעמלעך: אז ע ר, דער ארױיסגעיאָגטער, איז איצט 
דער באלעבאָס פון אָט דעם עסצימער, פון אלע צימערן, פון גאנצן הויף, 


299 


פון סאָד און פון דער גאָרער באלעבאטישקײַט, װאָס געהער צו מוישע 
מאשבער... יאָ, ווען סרולי זאָל ניט געוװוען זײַן סרולי... ער װאָלט, צוליב 
באשטעטיקן אָט דעם געדאנק, זיך באדארפט נאָר איין טאפּ טאָן אין בו- 
זעם-קעשענע, אין וועלכער ס'איז געלעגן דער אָפּמאך, װאָס ער האָט 
ערשט ניט לאנג אָפּגעשלאָסן מיט מוישע מאשבער--א טאפּ טאָן און זיך 
זאָגן: יאָ, באלעבאָס... 

צי ער האָט אָבער אזוי געטאָן און געטראכט -- זײַנען מיר ניט זיכער. 
זיכער ניט, וי יאָ. װײַל א סימען -- ווען מוישע מאשבער האָט אים איצט 
באגעגנט מיט זײַן ברודער, האָט ער אף אים געכאפּט בלויז א פארבלי- 
לויפנדיקן קוק, װי אף איינעם אָן װאָג, אָן װוערט, אף וועמען מ'דערלויבט 
זיך לענגער ניט פארהאלטן, װאָס דאָס װאָלט ער, געװויס, ניט געטאָן 
ווען סרולי, פון זײַן זײַט, װאָלט, בייס דער באגעגעניש, אים, מוישען, 
נישט געגעבן די מעגלעכקײַט נישט צו געדענקען, אז ער, סרולי, האָט יאָ 
װאָג, יאָ א ווערט, װײַל א גרויסער שטיק ווערט פון מוישע מאשבער איז 
איצט אין דער האנט בא אים... א סימען, אז סרולי איז אן אנדערער, און 
ניט אזא, װאָס איז פייַק אויסצונוצן יענעמס שלעכטע און זײַן גוטע 
לאגע, אף זיך צו גרויסן און זיך איבערנעמען און דערמאָנען יענעם אין 
זײַן נידערלאגע -- ביכלאל ניט, ביפראט איצט, ווען ער האָט געװוּסט, װאָס 
בא מוישע מאשבער אין שטוב טוט זיך.. 

ער איז געזעסן אליין אין עס-שטוב. א סװאָרע, אז ער האָט, זיצנדיק, 
בלויז זיך צוגעהערט צום פּראָסטיקן דרויסן, װוּ ער האָט באמערקט, בע- 
שאס ער מיט לוזין מיט גיטעלען און יודעסן זײַנען, פאָרנדיק פון ראָװ, 
ארונטערגעקומען אונטער דער טונקעלער שײַן פון איינעם א גאס-לאמ- 
טערן, ויאזוי ס'האָט פּאמעלעך גענומען שיטן פון דער פארפינצטערטער 
הימל-הייך עפּעס א קליין שיטער שנייעלע --אזא, װאָס אמאָל באװײַזט עס 
נאָר קוים-קוים צו פארװײַסן דעם אויבערפלאך פון דער פארהארטעוועטער 
ערד אָנהייב ווינטער, און אן אנדערש מאָל קאָן דאָס דורך איין נאכט אזוי 
אָנשיטן און פון קליין-װוײיניק אזוי גרויס-געדיכט װערן, אז אינדערפרי זאָל 
מען שוין די טירן פון נידעריקע הײַזלעך ניט קאָנען עפענען, און אפילע 
ניט נאָר פון נידעריקע... 

ער האָט, זיצנדיק דעמלט אליין אין עס-שטוב, א סװאָרע, אויך גע- 
טראכט פון מוישע מאשבערס אלטן און אויװערבאָטלדיקן הויף-היטער, מי- 
כאלקען, װאָס זײַן קליין הילצערן שטיבעלע איז געשטאנען אנטקעגן מוי- 
שע מאשבערס קיך-ארײַנגאנג, און פון וועלכן ער, סרולי, האָט איצט, אין 
הויף ארײַנקומענדיק, באמערקט א קליין מאָגער קאנעצל פון א דאָרטיקער 
פארשטויבטער שויב ארויסשײַנען... | 

ער האָט זיך דערמאָנט דאָס לעצטע מאָל, ווען ער האָט דאָ, אין הויף, 
געווארט אף לוזין, מיט וועלכן ער האָט זיך דעמלט אָקאָרשט, ערשט אינ- 
דערפרי, באקאנט, און דעם זעלבן טאָג, אין אָװנט, האָט באדארפט מיט אים 
דעם ערשטן געשפּרעך האָבן, -- ויאזוי ער האָט יענעם פרימאָרגן פאר- 
בראכט אין מיכאלקעס שטיבעלע, װוּ ער איז שטיל און געשמאק אײַנגע- 
שלאָפן אף יענעמס הילצערנעם באנק-בעטל, און א סװאָרע, אז אויך איצט 


51--9 1296 


האָט זיך סרולין, נאָך הײַנטיקן גאנצן מידפולן טאָג, געװאָלט דאָס זעל- 
בע --- אײַנשלאָפן בא מיכאלקען... 

אָבער דאָ האָבן זיך מיטאמאָל באוויזן מוישע מאשבערס בניי-באיס 
ארויסקומען פונעם כוילעס אלקער, מיט לוזין, מיט גיטעלען און מיט 
מוישע מאשבער אליין. מ'האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט לוזין און אים געבעטן, 
ער זאָל נאָכאמאָל און נאָכאמאָל קומען--איצט, וען, װי ער זעט, װוּ 
ס'האלט... און דערבײַ האָט גיטעלע שטיל די טרערן געווישט, און אויך 
בא אלע איבעריקע בנניי-באייס זײַנען די אױגן נישט געבליבן 
טרוקן... 

און דעמלט, אז לוזי איז ארויס אין הויף, באלייט פון זײַן ברודער 
מוישען, און אויך פון סרולין, וועלכער איז אים נאָכגעגאנגען, האָבן 
ביידע ערשטע נישט באמערקט, נאָר ער, דער דריטער, סרולי--יאָ, אז 
ווען דער אלט-געבראָכענער מיכאלקע, װאָס האָט זיך גראָד דעמלט בא 
זײַנער א פארשפּעטיקטער אָװונטיארבעט אין הויף געפונען, האָט פּלוצעם 
דערזען צוזאמען מיט זײַן באלעבאָס אויך דעם ברודער, מיטן הויכן גע- 
שטאלט, און מיטן פרעמדלעכן און דערעכעץ-װועקנדיקן אויסזען, אזוי האָט 
ער עפּעס אן אומצופרידענעם בורטשע געטאָן... ער האָט דעם אנטקעגנקו- 
מענדיקן באלעבאָס און לוזין דעם וועג אָפּגעטראָטן, און אז ער האָט זי 
דורכגעלאָזט אהין, װוּהין זיי האָבן באדארפט -- צו דער טויער-פאָרטקע, 
האָט ער די גאנצע צײַט ניט אופגעהערט נאָכצוקוקן לוזין, וי נאָך אזא, 
װאָס דערוועקט כשאד אויס מוירע... 

װײַל יאָ, אז מיכאלקע האָט איצט דערזען לוזין, אין אים דורכגע- 
גאנגען א סקרוך איבערן לײַב, אקוראט, װי דעמלט, זומער, ווען יענער 
איז געקומען צוגאסט, און ווען מיכאלקע פלעגט אים אלע מאָל טרעפן 
איינעם אליין אין הויף באנאכט --אמאָל ארופקוקן צו דער לעװאָנע, ווען 
א לעװאָנע איז אין הימל, און ווען ניט---איז גלאט צום הימל און צו די 
שטערן... א קישעפמאכער, -- האָט מיכאלקע זיך דעמלט געזאָגט, --- װאָס 
קיין גוטס פון אים װועט זיך דאָ פאר קיינעם ניט באקומען... 

ריכטיק: א ביסל, האלט ער, מיכאלקע, איז זײַן זומערדיקע נעװיַעס 
שוין מעקוּיעם געװאָרן.. כאָטש לוזי איז אים דעמלט גלײַך פארשוונדן, 
און פון ניט וויסן פון דער קריג צװוישן לוזין מיט מוישען, האָט ער נישט 
געװוּסט, װוּהין לוזי האָט זיך אהינגעטאָן, דאָ אָבער, טראכט ער, האָט 
יענעמס קישעף גלײַך געלאָזט נאָך זיך געוויסע שפּורן.. כאָטש ער איז 
שוין אלט, אָפּנעלעבט און מיט פארקיסנעטע אויגן, דאָך זעט ער, קוקנדיק 
אפן באלעבאָס און אף אלע זײַנע שטוביקע, אז עפּעס גייען בא זי די 
געשעפטן די לעצטע צײַט ניט װי מע דארף... ער זעט דאָס אין דער פּאָר- 
ציע מײַכאָלים, װאָס מ'טיילט אים אויס אפן קיך איצט פיל-שפּאָרעװדיקער, 
וי אלעמאָל פריַער... די מאזלדיקע ראָד האָט זיך בא זיי פארהאקט... ער 
זעט דאָס אין דעם, װאָס דעם באלעבאָס! ייַנגערע טאָכטער האָט זיך אוועק- 
געלייגט קראנק און, וי ס'זעט אויס, שוין נישט צום אופשטיין... דאָס זעט 
ער אין די פיל דאָקטוירים, װאָס האָבן גענומען באזוכן דעם באלעבאָס' 
הויז צו אָפט, פון די רעפועס, װאָס מע ברענגט, און דער איקער, פון אלע- 


297 


מענס באזאָרגטקײַט, װאָס איבער דעם קלעקט בא קיינעם קיין צײַט נישט 
מיט אים, מיכאלקען, אפילע אמאָל א װאָרט אויסצוריידן... 

יאָ, און נאָך ערגער פילט מיכאלקע זײַן נעװיַעס אף זיך אליין, װאָס 
די לעצטע צײַט כאָלעמט זיך אים אָפט, וי בינען פּאָרפּלען זיך אין זײַן 
פּאזוכע און זוכן אן אָרט, ויאזוי זיך דערקלײַבן צו זײַן ברוסט, וי צו 
א בלום, קעדיי אירע זאפטן אויסצוזויגן.. 

-- יאָ, ס'ניט צום גוטן, -- האָט מיכאלקע אויך איצט אן אױיװערבאָטל- 
דיקן טראכט געטאָן, ווען ער האָט דערזען לוזין מיטן באלעבאָס. ער האָט 
זיך אָפּגעקערעװעט פון צו קוקן אף לוזין, און דערבײַ האָט ער זיך פיר- 
גענומען, אז באלד, װי נאָר ער װעט איצט ארײַן צו זיך אין שטיבעלע 
אף נאכט, און אף לייגן זיך שלאָפן, אזוי װעט ער זיך א סאך מאָל אי- 
בערציילעמען פאר דער פארשטויבטער און מיט שפּינוועבס-באדעקטער 
איקאָנע, װאָס אין זײַן שטיבעלע-ווינקל... 

-- יאָ, זיך גוט-גוט איבערציילעמען, -- האָט ער באשלאָסן, און דערבלי 
האָט ער זיך ניט אײַנגעהאלטן און האָט ווידער אין לוזיס זײַט א קוק 
געטאָן מיט אויסבאהאלטענעם פּאכעד. 


1 
צוויי טויטן, איין כאסענע 


יכאלקעס נעװיַעס איזן גלײַך מעקוּיעם 
געװאָרן, פאר אלעמען --אף אים אליין. 

ער איז געװוען אלט, קוים אומגע- 
קראָכן און די פיס געשלעפּט. און אָפט, 
ווען ער איז אופגעשטאנען אינדערפרי, 
| האָט ער שוין דאָס הארץ ניט געפילט, 
| גלײַך סװואָלט זיך אים ארויסגעקליבן 
| פונעם ברוסטיקאסטן אין די עלנבויגנס 
אָדער אין די פּיאטעס. 

אין יענער נאכט פון לוזיס און סרו- 
! ליס באזוך בא מוישע מאשבער האָט, 
װי סרולי האָט פאָרויסגעפילט, טאקע 
אזוי אָנגעשאָטן, אז ווען מ'איז אופגע- 
שטאנען אינדערפרי, האָט מען דעם 
דרויסן ניט דערקענט. א שטארק-װײַסער בלענד האָט דאָס אויג פארכאפּט 
ביז טרערן... די ביימער פון סאָד זײַנען געווען ביז העכער די קני פאר- 
שאָטן, דאָס זעלבע -- דער הויף ביז ארוף די טרעפּ פון קיך און פּאראד- 
ארײַנגאנג: הײַנט דער דאך פון שטוב און פון אלע געבײַען אין הויף, װי 
אלע דעכער פון אלע שטיבער פון יענער גאס, אף וויפל דאָס אויג האָט 
זי אָנגעזען: הײַנט די גאסן אליין, װאָס האָבן אויסגעזען ביז די בײַכער 
פארזונקען. 

אז מיכאלקע איז אופגעשטאנען יענעם פרימאָרגן, האָט ער געהאט פיל 
צו טאָן, צוערשט באם עפענען די טיר פון זײַן שטיבעלע אין דרויסן ארויס: 
זי האָט זיך ניט געלאָזט און זײַנע שלאבעריקע הענט נישט נאָכגעגעבן, 
מאכמעס דער פול-אָנגעשאָטנקײַט, װאָס פון יענער זײַט; דערנאָך --באם 
אָפּרײיניקן א סטעזשקע צווישן זײַן שטיבעלע און צװישן דער קיך-טיר 
פונעם באלעבאָס' הויז, װי אויך א סטעזשקע פון דאָרט ביז דער טויער- 
פאָרטקע, װוײַל ווען ניט, אין זיך אהין נישט געװען צו דערקלײַבן. ער 





4299 


האָט אויך געהאט פיל ארבעט באם אָנפּאָמפּען און ברענגען וואסער פון 
דער קרענעצע, װאָס איז אים הײַנט אָנגעקומען פיל שװערער, ערשטנס, 
איבער דער פריערדיקער ארבעט באם שניי-רייניקן, און צווייטנס, איבער 
דעם, װײַזט אויס, װאָס דער װעטער האָט זיך געביטן פון טרוקן אף פײַכט 
און האָט אים, וי אלעמאָל אין אזא פאל, פארשווערט דעם אָטעם. ס'איז 
אים הײַנט אויך שווער געווען דאָס אָנטראָגן האָלץ, װאָס ס'האָט זיך גע- 
פאָדערט מער וי ביז אהער, װײַל אלע הרובעס אין שטוב האָבן שוין 
באדארפט מער וינטערדיק געהייצט וערן. 

קייטלזייגער -- דער הונט, װאָס אָנעם קאָל און מיטן אראָפּהענגענדיקן 
באָמבלדיקן בײַכל-- איז דעם גאנצן פרימאָרגן, װי שטענדיק זײַן שטייגער, 
פון זײַן באלעבאָס, פון מיכאלקען, ניט אָפּגעשטאנען: -- שטייענדיק און 
אים נאָכקוקנדיק, ווען יענער האָט זיך געהאלטן אף איין אָרט, און נאָכ- 
געגאנגען און אים באלייט בא א זײַט אוֹן פּאמעלעך, ווען מיכאלקע האָט 
זיך פון אָרט אף אָרט גערירט. דאָס מאָל אָבער האָט קייטלזייגער עפּעס 
באזונדערס באזאָרגט געקוקט אף מיכאלקען, װי אף א זאך, װאָס מ'דארף 
דערוף גוט אכטונג געבן, װײַל אניט, קאָן מען דאָס, צװישן יאָ און ניין, 
אומגעריכט און מיטאמאָל, נאָך אָנװערן. 

קייטלזייגער האָט געזען, װי באם האָלץ- און וואסער-טראָגן שטעלט 
זיך מיכאלקע אלע מאָל אָפּ אינמיטן וועג, גלײַך װי דאָרט, פונוואנען ער 
איז אָנגעקומען מיט דער מאסע, האָט ער עפּעס פארגעסן און האָט בעדייע 
באלד אהין זיך אומצוקערן, ווען אינדערעמעסן האָט אים אָפט גאָר פּאַשעט 
אָטעם אייסגעפעלט, און ער האָט אויסגעזען אזוי, גלײַך אָט באלד 
װעט ער די מאסע פון די הענט ארױיסלאָזן און שטין בלײַבן װי א 
גוילעם, 

קייטלזייגער האָט אויך באמערקט, וי מיכאלקע האָט הײַנט אויך באם 
באקומען די פרימאָרגנדיקע שפּײַן אפן קיך, נישט איבעריק זיך אָפּגעגעבן 
דעם עסן װי אלע מאָל, װען ער קוקט ארײַן אין שיסל מיט קאװאָנע, 
שוויצט און װישט זיך דעם שטערן און די פּאָטיליצע, גרונטעװעט און 
דערלאנגט דעם דנאָ, װוּ ער לאָזט קיינמאָל קיין לעק און קיין ברעקל ניט 
איבער. ניין, דאָס מאָל האָט ער מאנקירט, און א גרויסן טייל, א פיל 
גרעסערן װי באשטענדיק, האָט ער אים, דעם הונט, אױסגעטײלט און 
אָפּגעגעבן. 

קייטלזייגער האָט אויך געזען, װי נאָך דעם, װען מיכאלקע האָט זיך 
אָפּגעפארטיקט מיט אלע זײַנע ארבעטן פארן באלעבאָס' קיך, שטוב און 
הויף ביז נאָך האלבן טאָג, און אין שוין שפּעטלעך ארײַן צו זיך אין 
שטיבעלע און גענומען זײַן אייגן אייוועלע אײַנהײצן, האָט ער, הייצנדיק, 
וי געוויינלעך --אף די קני זיצנדיק און אלע מאָל צום פּײַער ארײַנקוקג- 
דיק, -- דאָס מאָל זיך פארגעסן און וי אײַנגעשלאָפן; און דערנאָך, אז ער 
האָט זיך אופגעכאפּט און געװאָלט אופשטיין, האָט ער ניט געקאָנט און זיך 
לעפּיש געמוזט אוועקזעצן אפן געזעס, און ערשט דערנאָך, קאראטשקענ- 
דיק זיך און אף די הענט אָנגעשפּארט, האָט ער קוים-קוים פון דעם פּאָל 
זיך אופגעהויבן, װי א קליין קינד, אָדער װי א געליימטער, אומבאהאָלפן. 


0 


דעם זעלבן טאָג האָט -- נישט װי דער שטייגער איז נאָך א שניי --א 
שטארקער פּראָסט גענומען. 

ס'איז געווען ערשט צו פארנאכט, וען אין די הײַזער האָט מען שוין 
גענומען אָנצינדן ליכט. מיכאלקע, װאָס איז דעמלט צוליב א געוויסער 
ארבעט נאָכאמאָל אין דרויסן ארויסגעגאנגען, האָט דאָס דערפילט, און 
מוירע האָבנדיק, אז באנאכט זאָל זיך אים דאָס אייוועלע ניט אָפּקילן, האָט 
ער נאָכאמאָל האָלץ אונטערגעלייגט. ער האָט ניט געציילט, און װי ס'װװוײַזט 
אויס, האָט ער די מאָס איבערגעכאפּט, װײַל אין שטיבעלע בא אים אין 
שוין אזוי הייס געװאָרן, אז ער האָט פון גרויס היץ אזש דעם העמד- 
קאָלנער צעשפּיליעט און מיט דער אלטער צעטריפּעטער נעשאָמע גע- 
פאָכעט. 

ער האָט געמוזט אָפּגײן צו זײַן באנק-בעטל, זיך צוזעצן, װײַל אויך 
דער קאָפּ האָט זיך אים פארדרייט און אין די הענט און פיס האָט ער 
דערפילט א ברעכעניש וי פון א טשאד, ער איז צוערשט געזעסן אפן 
באנק-בעטל, װי מ'זיצט געוויינלעך --אפן ראנד, דערנאָך אָבער, אז דער 
טשאד האָט זיך אים אין קאָפּ געמערט און אין אלע אייוורים צוגעקומען, 
האָט ער זיך גענייטיקט אין אן אָנשפּאר פארן קאָפּ און רוקן, און ער האָט 
זיך העכער ארופגערוקט. דאָס שטיבעלע האָט זיך אים געדרייט, און אין 
דער זעלבער צײַט האָבן אים אין די אויגן גענומען שײַןדרעדעלעך און 
ליכט-פּינטעלעך אומשווינדלען, וועלכע האָבן זיך אים דערנאָך אין א פול 
בילד אויסגעפורעמט און פארגאנצט. 

ער האָט אײַנגעדרעמלט און געזען: 

ס'איז ניט װוינטער, נאָר זומער. ס'איז אן אפדערנאכט. דער גאנצער 
הויף שלאָפט שוין, און נאָר ער איינער איז וואך. און פּלוצעם דערזעט 
ער אפן דאך פון שטוב, באם קוימען, שטייט עפּעס א הויכער מענטש, א 
מין לאנגער לוזי, דאכט זיך, װאָס קישעפט, שפּרעכט אין הימל ארײַן און 
אין דער נאכט דער זומערדיקער. 

מיכאלקע דערשרעקט זיך, וויל זיך צוריקציען, אז יענער, װאָס אפן 
דאך, זאָל אים אין הויף ניט דערזען, אָבער ס'גיט זיך אים ניט אײַן 
יענער באמערקט אים, רופט אים, און ער ווייסט ניט -- פארװאָס, נאָר ער 
מוז יענעמס רוף פאָלגן און אליין אויך ארופקריכן צום קוימען. און 
פונעם קוימען פילט ער עפּעס א מין רויך ארויסקומען, װאָס זען זעט 
מען אים ניט, נאָר יענער, דער לאנגער לוזי, מאכט אים פילן מיט עפּעס 
מינים קונצן, װאָס זײַנען אייגנטימלעך פאר אזוינע, װאָס קישעפן אין 
שטילע זומער-נעכט בא קוימענס... מיכאלקע װויל דעם קאָפּ אָפּקערעװען, 
ניט צו שמעקן פונעם רויך, אָבער יענער פארבאָט דאָס אים, און ער מוז 
און איז געצװוּנגען --- אזוי לאנג, ביז דער קאָפּ פארדרייט זיך אים, און 
באלד-באלד האלט עס שוין דערבײַ, ער זאָל פון דאך אין הויף אראָפּ- 
פאלן און קאָפּ און רוק-און-לענד אין שטיין צעברעכן. 

דעמלט כאפּט ער זיך אוף א ציטערדיקער, מיכאלקע, און טרעפט זיך 
זיצן אף זײַן באנקיבעטל אין זײַן שטיבעלע, בא א שטארק-אָנגעהייצט 
אייוועלע. ער פילט, אז ער װאָלט איצט עפּעס באדארפט טאָן, עפּעס פיר- 


01 


נעמען -- זיך אופהייבן, עפענען די טיר אף ארײַנלאָזן לופט אָדער צו- 
זאמען מיט קייטלזייגער אין הויף ארויס. אָבער ער קאָן ניט: די אייוורים 
זײַנען אים שוין קאלט, און פון געדאנק ביז טאָן, פון װעלן ביז טאָן זײַן 
ווילן ליגט אים די לעצטע צײַט װי א גאס א לאנגע, וועלכע ער פױלט 
זיך זי דורכצוגיין. 

און אָט שלאָפט ער וידער אײַן. ער פילט, אז קייטלזייגער האָט זיך 
נאַרװאָס אוועקגעשטעלט קעגן אים אף די הינטערשטע לאפּעס און מיט די 
פעדערשטע טאָרעט ער אים, װעקט אים, מוירע האָבנדיק פאר זײַן אלטן, 
שוואכן קאָפּ, װאָס רוקט זיך אים אראָפּ אף א זײַט מעשונע, וי אויך 
פאר זײַנע שלאבעריקע הענט, װאָס האָבן זיך אים אראָפּגעלאָזט װי 
פרעמדע. 

ס'דאכט זיך מיכאלקען, אז אזוי װוי קייטלזייגער קאָן נישט פּױעלן 
מיט זײַנע לאפּעס גאָרנישט, פּרוּווט ער זיך עפּעס מאכן מיט זײַן שטומען 
גאָרגל, און אז ווען ער קאָן נאָר, קייטלזייגער, ווען ער האָט נאָר א קאָל, 
װאָלט ער איצט, פון גרויס אומרו, ארויס מיט א שארף-הינטישן ביל, 
װאָס ער האָט אים ערגעץ טיף אין די שטומע געדערים אופגעהאלטף 

ער ציילעמט זיך אין געדאנק, מיכאלקע, פילנדיק, אז ער פארלירט 
דעם קאָפּ אומװיליק, אז ער בייגט זיך אים אראָפּ און ער טוט אים װאָס 
אמאָל טיפער און טיפער אין א זײַט אראָפּזינקען. 

ער שלאָפט אײַן און זעט װוידער דעם לאנגן לוזין אפן דאך, װי ער 
רופט אים ארופצוקומען. ער איז ווידער געצװוּנגען, און װוידער איז ער 
מיט יענעם באנאנד דאָרט; אָבער איצט שוין נישט נאָר ער אליין מיט 
לוזין אינצווייען פון אויבן, נאָר אויך דעם באלעבאָס' גאנצע הויזגעזינד, 
און אלעמענס פּענעמער זײַנען פון יענעמס קישעפן און שפּרעכן באזאָרגט... 
אלע שטייען שװײַגנדיק, קאָנען זיך ניט רירן און האָבן ניט די מעגלעכ- 
קײַט קיין װאָרט צו זאָגן און מוזן נאָך דערצו דעם געוויסן רויך פון 
קוימען אין זיך ארײַנשמעקן, פון וועלכן אלעמענס קעפּ פארדרייען זיך 
און אלעמען װערט פון אים אפן הארצן איבל; דער איקער אָבער אים, 
מיכאלקען, און אויך דעם באלעבאָס! ייַנגערער טאָכטער, דער קראנקער, 
וועלכע ליגט שוין א צײַט און, װי ס'װוײַזט אויס, אָן שום האָפענונג אף 
צוריק ווידער אופשטיין. סווערט זיי שלעכט, און װי אלע שטייען אזי 
שטיל און באצווונגען, אזוי דערהערט זיך א ווילד געשריי פון אלעמענס 
מײַלער ארויסקומען, וען מע דערזעט, וי צוויי פון צװישן אלעמען-- 
מיכאלקע און דעם באלעבאָס' טאָכטער -- פאלן מיט פארדרייטע קעפּ פון 
דאך אין הויף אראָפּ, אף טויט אנידערגעפּראכטע... און מיכאלקע דערזעט 
גלײַך אין הויף צוויי לעװײַעס שטייען אָנגעגרײט פון דאָרט זיך ארויס- 
צוציִען: איינע א קריסטלעכע --זײַנע --און ער אין אן אָרן מיט אן אָפּ- 
געדעקט פּאָנעם; די צווייטע א ייִדישע--דעם באלעבאָס' טאָכטער--אף 
א מיטע, מיט א צוגעדעקט פּאָנעם. 

און דאָ האָט מיכאלקע מיטאמאָל דערהערט א קוויטש, װאָס ער ווייסט 
ניט, פונוואנען איז ער געקומען -- צי פון קייטלזייגערס אָנשטרענגונג א 
האווקע צו טאָן און אים פון בייזן כאָלעם אופצווועקן, צי גאָר פון אנט- 


209 


קעגניבערדיקער באלעבאָס' שטוב, װאָס אין דער שטילקײַט פון דער נאכט 
האָט ער זיך אהער ארײַנגעריסן --אזא, װי אלע מאָל פון שטוב-מענטשן 
בא א כוילע באנאכט, ווען דער כוילע איז גויסעס און מע האלט אים בא 
אָפּשרײַען. 

דעמלט האָט מיכאלקע א ציטער געטאָן און צום לעצט און צום איבע- 
ריקן דעם קאָפּ פארלוירן, האלטנדיק אים קרום-קײַלעכיק אין א זײַט 
אראָפּגעלאָזט, װי א מאסע, װאָס ער איז זי מער ניט אימשטאנד צו טראָגן. 
און אזוי איז ער פארשטארט געבליבן. 


קייטלזייגער האָט א צײַט לעבן אים געהאלטן וואך;: ער איז געשטאנען 
מיט די הינטערשטע לאפּעס אפן פּאָל און מיט די פעדערשטע אין מיכאל- 
קעס אָנגעשפּארט -- אויך פארשטארט. 

דאָס קאנעצל האָט זיי ביידע אין זייער פארגליװערטקײַט באלויכטן. 
קייטלזייגער האָט די גאנצע נאכט פון מיכאלקען די אויגן ניט צוגענומען, 
ביז שפּעט, ביז אזש פארטאָג. און אז ער האָט צום לעצט אף מיכאלקען א 
קוק געטאָן און זיך איבערצײַגט, אז מיט זײַן באלעבאָס האָט דאָס לעצטע 
טרעפעניש געטראָפן, אז יענעמס אומבאװעגלעכקײַט איז ניט מאכמעס 
שלאָף אָדער שיקרעס, נאָר דערפאר, װײַל ער איז אויס, -- אָט דעמלט האָט 
קייטלזייגער צום לעצטן מאָל אויך מיכאלקעס הענט באשמעקט און 
דערפילט, אז ס'איז שוין פון זיי גאָרנישט ניט צו ווארטן, זיי זײַנען הארט 
און קאלט-פארהילצערט, ---אָט דעמלט, איז ווען עמעצער װאָלט זיך גע- 
פינען נאָענט צו מיכאלקעס שטיבעלע, װאָלט ער פון דאָרט ארויס דער- 
הערט א הינטיש קאָל, װאָס איז זיך פארגאנגען אין א שטיל-שטילן, לעצט- 
ביטערן ואָי... 

יאָ, קייטלזייגער האָט אף א װײַלע צוריק דאָס קאָל באקומען. און 
אינדערפרי, אז מ'איז אופגעשטאנען בא מוישע מאשבער נאָך א שווערער 
נאכט וואכן באם כוילע -- בא זײַן טאָכטער, וועלכע מע האָט אין א גע- 
וויסן מאָמענט שוין טאקע אָפּגערופן, --אז מ'איז אופגעשטאנען, און די 
דינסט האָט זיך גענומען צו דער טאָגיארבעט און, װי אלע מאָל, זיך גע- 
נייטיקט אין מיכאלקעס הילף באם ברענגען האָלץ, וואסער און אנדערע 
נײיטיקײַטן, און זי האָט אים גענומען רופן, און ער האָט, נאָך איין מאָל 
און צוויי מאָל אריבערשרײַען צו אים אין שטיבעלע, זיך ניט אָנגערופן, -- 
האָט זי זיך פארכידעשט, די דינסט, און אז זי האָט א קוק געגעבן צו 
דער טיר פון זײַן שטיבעלע, וועלכע איז געווען געשלאָסן, און אז זי האָט 
דערהערט פון דאָרט עפּעס א נישט געוויינלעך דראפּען זיך און א שטיל- 
שטיל וװואָיען, איז זי צוגעגאנגען, זי אופגעעפנט, און דעמלט האָט זיך פאר 
איר פאָרגעשטעלט א בילד, װאָס לאנג האָט זי ניט געדארפט דערוף קוקן, 
זי זאָל פארשטיין, װאָס דאָ איז פאר דער נאכט מיט מיכאלקען געשען: 
ער איז געווען טויט, קרום-קײַלעכיק אויסגעבויגן אין דער וואנט אָנגע- 
שפּארט, און קייטלזייגער האָט, קוקנדיק אף מיכאלקען און אף דער ארײינ- 
קומענדיקער דינסט, מיט א שטילן מרוק צו פארשטיין געגעבן, װאָס פאר 
א הינטיש אומגליק ס'האָט אים דאָ הײַנט געטראָפן. 


506 


8 :{ 3 


אוואדע איז דאָס צו מוישע מאשבערס רומל אין שטוב דעמלט נישט 
אָפּגעגאנגען. נאָך דאָס האָט דאָרט געפעלט:. ס'איז אזוי אויך געװען א 
פולע שטוב אומגליק פון ערע דעם, װאָס האָט דאָרט באלד--- הײַנט, 
מאָרגן -- באדארפט טרעפן -- דאָס, װאָס אפילע נעכאמקעס און נאָכעם 
לענטשערס פּיצלעך קינדער האָבן שוין געװוּסט דערפון און אף זײיער 
קינדערשן אויפן דאָס דערשפּירט, און נעמלעך: אז זייער מאמע איז שוין 
נאָר אף געציילטע טעג זיי א מאמע, און אז זייערע יונגע לעבנס שטייט 
דאָ באלד פאָר עפּעס א בראָך אָן א נאָמען. 

זי האָבן דאָס געפילט אין דעם, װאָס די מוטער האָט זיך שוין א צײַט 
צו זיי ניט צוגערירט, ניט בייסן אָנטאָן און אױסטאָן, נישט בייס עסן 
געבן און שלאָפן לייגן, װאָס דאָס האָבן שוין פאר דער קראנקער נעכאמקע 
געטאָן אנדערע: אמאָל די באָבע גיטעלע, שטארק געטרײַ, אמאָל יודעס, 
וועלכע האָט ניט געמאכט קיין כילעק צװישן אירע קינדער און דער 
שוועסטערס, און אמאָל אויך אפילע אליין זייער טאטע, װאָס פוֹן נישט 
געוװווינט זײַן צו קיין פרויעןדארבעט, איז זי בא אים יעדער מאָל ארויס- 
געקומען לעפּיש און מאנצבלש נישט געראָטן. 

אָבער דאָס אליין, האָבן די קינדער געפילט, איז נאָך גאָרנישט: ס'מאכט 
זיך, א מאמע װערט קראנק, אָבער מע קאָן צו איר אלע מאָל אין אלקער 
ארײַנקומען, קינדערשע נויט און פרייד אויסדערציילן און בא איר א גוט 
װאָרט, א מוטערלעכן בליק ארויסקריגן. דאָ אָבער האָט מען שוין די 
קינדער אין אלקער ארײַנקומען פארווערט. זעלטן-זעלטן נאָר, אף איין 
אויגנבליק, אי דאָס אויך נאָר פון א זײַט, שטייענדיק אף דער שװעל: און 
יעדער מאָל האָבן די קינדער באמערקט, וי זייער מוטער דערװײַטערט 
זיך פון זיי אלץ מער און מער, איר אויסזען --נישט אירער, דער בליק -- 
אָפּגעפרעמדט, און אז זי כאפּט יאָ װען אמאָל א קוק אף זײי, ווען זײ 
באװײַזן זיך, קערעװועט זי זיך באלד אָפּ, און באזונדערס נאָך, וען זי 
זעט זיי מיט זייער טאטן, מיט נאָכעם לענטשער, צוזאמען. 

אזוי ביז אהער. די לעצטע טעג אָבער איז זיי שוין אפילע אויך דאָס 
איבערגעכאפּטע זען זיך פארבאָטן, און מ'האלט שוין גאָר אלע מאָל אָנ- 
געגרייט זייערע בורנעסלעך, קעדיי זיי אוועקצופירן צו אייגענע, באקאנ- 
טע, װײַל דאָ אין שטוב, װוּ מע ריכט זיך אף אומגעריכטס, האלט מען 
נישט פאר געהעריק, זיי זאָלן אין א געוויסן מאָמענט דאָ בלײַבן. 

מ'האָט דאָס שוין מיט זיי געװאָלט טאָן נעכטן פארנאכט, נאָר אין דער 
לעצטער מינוט האָט מען זיך נאָך באטראכט און זיי געלאָזט... און באנאכט, 
מעגן זיי שװוערן, האָבן זיי פון מיטן שלאָף אופגעריסן עפּעס װילדע 
קוילעס פון פיל היימישע, אייגענע, קרויווים און באקאנטע, וועלכע האָבן 
צוליב זייער מוטער בא זיי אין שטוב גענעכטיקט און האָבן זיך אלע 
מיטאמאָל, קורצװײַליק, אָבער װאָיענדיק צעליארעמט. זי האָבן זיך אופגע- 
כאפּט, און אף זיי צו בארויִקן האָבן זיי לעבן זיך געטראָפן שטיין א פּאָר 
היימישע שטוב-מענטשן, און צװישן די היימישע אויך עפּעס איינס א נישט 


204 


היימיש פּאָנעם, דאכט זיך, און דאָס איז געווען די באָבע שיינצי, די באָבע 
פון פאָטערס צאד, װאָס, וי ס'װוײַזט אויס, האָט זי זיך הײַנט באנאכט, 
ווען זײי, די קינדער, זײַנען געשלאָפן, מיט א שפּעט-אָװנטיקן צוג צו- 
געשטעלט. 

יאָ, דאָס איז טאקע געווען זי, די באָבע שיינצי, נאָכעם לענטשערס 
מאמע, װאָס אז זי איז געוווירע געװאָרן, װאָס פאר אן אומגליק ס'דער- 
נעענטערט זיך צו איר זון, האָט זי זיך פון איר װײַטער פּאָדאָליע, אזש 
פון קאמענעץ, אהער געלאָזט און א װינטערדיק-אָנגעפּעלצטע אין שטוב 
ארײַן. 

זי איז גלײַך ארײַן צום כוילע, צו נעכאמקען, וועלכע האָט זי שוין 
קימאט נישט דערקענט, און אויב יאָ, איז זי איר שוין נישט אָנגעגאנגען, 
צוזעענדיק נאָר, װי זי שטייט בא אירער א זײַט בעט און אירע אויגן 
זײַנען מיט קאלט-שװײַגערישע טרערן פארפולט. 

נעכאמקע האָט אויך באמערקט, וי גלײַך נאָך דעם, װי יענע האָט 
זיך אויסבאהאלטענערהייט א ביסל אויסגעװיינט, האָט זי איר מאן, נאָ- 
כעמען, אין א זײַט אָפּגערופן און מיט אים גענומען עפּעס װי אײַנטײַנען 
אים טרייסטן, װי געוויינלעך מיסטאם: אז ערשטנס, קאָן נאָך גאָט העלפן; 
און צווייטנס, טאָר מען זיך אזוי ניט אװעקלייגן, ס'געשעט, און װאָס 
קאָן מען מאכן? 

יאָ, טאקע: דערזעענדיק, װי ס'האלט, אז ס'איז עק און בא אלע לעצטן, 
האָט די באָבע שיינצי געזען פאר אלעמען אָפּהאלטן איר זון נאָכעמען װאָס 
װײַטער פון כוילעס בעט און ווייניט-איז אים צו פארגרינגערן: ער זאָל 
בא זיך רעכט מאכן, בא זיך פּױעלן און אף אלץ גרייט זײַן. 

-- ער איז א טאטע, און א יונגער טאטע, ער האָט קינדער, און ער 
טאָר זײַן וועלט ניט פארשפּילן. 

-- װאָס רעדט זי? -- האָט שוין איצט אפילע ער, דער נישט געטרײַער 
און קאלטער מאן, נאָכעם, א געבראָכענער געטײַנעט. 

-- נעכאמקע, --האָט ער אונטערגעכליפּעט, --אף װעמען לאָזט זי 
אונדז איבער -- מיך מיט די קינדער? 

-- מײַן קינד, -- האָט די באָבע שיינצי אים געטרייסט, -- גאָט איז אלע- 
מען א פאָטער און אויך א פאָטער פאר יעסוימים. 

יאָ, אפילע אין אָט דער לעצטילאגע האָט מען געקאָנט ארויסזען דאָס 
ענגהארציקײַט און זעלבסטפארליבטקײַט פון נאָכעמס בלוט-אייגענע און 
מישפּאָכע -- אויב איצט ניט אף נאָכעמען אליין, וועלכער האָט דאָך אין 
מיטן רעכטן אומגליק געשטעקט, איז אף זײַן מאמע שיינצי, װאָס אין 
אין אזוינע לעצטע מינוטן געקומען א גאסט און האָט זיך גלײַך גענומען 
אזוי אופירן, אז אין שטוב האָט מען פון איר אװעקגעקוקט, זי קימאט 
פאר קיין אייגענער נישט גערעכנט, און זי וי גאָרניט ניט באמערקט. 
זי האָט זיך געהאלטן אזוי, גלײַך די שטוב-צאָרע איז איר נאָר אף האלב 
נעגייע און גלײַך אויך איצט װאָלט זי זיך געפילט װי אף א כאסענע-- 
נאָר מײַסע כאָסן-צאד. 


09 


זי האָט אפילע (ס'אוואדע א ביזאָיען צו זאָגן), אין סאמע געדיכטן 
קאָך דעמלט, גענומען ארײַנקוקן אין די שאפעס און אין די גארדעראָבעס, 
װי עפּעס צו שעצן מיט די אויגן און וי אָפּצוטײלן איר זונס, נאָכעמס, 
קליידער פון די איבעריקע, פונעם װײַבס, גלײַך ס'האלט עפּעס ערעװו 
א געט, ווען מאן און װײַב דארפן איבערעכענען דאָס פריִער צוזאמען 
אַנגעלעבטע, קעדיי צו וויסן, װאָס און וויפל װעט אויספאלן אף יעדנס 
כיילעק נאָכן צעגיין זיך. 

ס'האָט דאָס קיינער פון די שטוב-לײַט אין גרויסע צאָרעס דעמלט, 
נאטירלעך, ניט באדארפט באמערקן: נאָר דאָך, אף וויפל אפילע אין אויס- 
גענומענע פאלן, ווען מ'איז פארנומען מיט פיל ויכטיקערס, קאָן מען 
אמאָל דערזען אויך א קלײניקײַט, אף אזויפיל האָט מען דאָס יאָ באמערקט, 
און פארשטענדלעך שוין, װאָס פאר א געפיל דאָס האָט ארויסגערופן בא 
אלעמען פון די שטוב-לײַט. מ'האָט, מאכמעס דער קאָפּ דערשלאָגן -- דאָס 
גלײַך פון געדאנק ארױיסגעלאָזט, אוועקגעקוקט, קיין אכט ניט געלייגט און 
װי זיך געטראכט דערבײַ: אז אויב זי, די באָבע שיינצי, הייסט עס, אין 
אזא, װאָס ס'קאָן איר איצט, אין אזא צײַט, ליגן אזוינע זאכן אין זינען 
איז זאָל זי... װאָרעם וועמען גיײיען דען איצט אָן שאפעס און גארדע- 
ראָבעס?.. 


ס'איז געווען אינדערפרי, נאָך יענער שװערער נאכט בא נעכאמקען, 
וי מ'האָט זי שוין איין מאָל טאקע אָפּגערופן און װאָס דעמלט האָט אפילע 
אזא װי די באָבע שיינצי אויך איר קאָל פאריײיניקט צו די קוילעס פון די 
איבעריקע שטוב-לײַט--צו די אייגענע, באקאנטע און קרויווים, װאָס 
האָבן דעמלט דאָרט גענעכטיקט. 

די גאנצע שטוב, אויסער קליינע קינדער, זײַנען געווען נאָך א נאכט 
ניט שלאָפן. מע האָט אויסגעזען געל, פארמאָרעט, פון וויסן און האָבן דאָס 
געפיל, אז די פארגאנגענע נאכט איז ניט קיין אויסגאנג פונעם צאר, נאָר 
ערשט אן אָנהייב, װאָס די רעכטע, געדיכטע פאָרזעצונג דארף ערשט-- 
מעגלעך הײַנט באטאָג, מעגלעך קומענדיקע נאכט --נאָך קומען. 

מ'האָט זיך איצט געריכט אף די דאַָקטױירים, װאָס מ'האָט נאָך דער 
שוערער נאכט, גאנצפרי געשיקט נאָך זײי, און מ'האָט געװוּסט, אז 
זייערע וויזיטן װעלן שוין קיין בעסערונגען ניט ברענגען, אויסער נאָר 
לעצטע הייל-מיטלען, וועלכע זיי װעלן נאָך פּרוון געבן, װי קאמפער 
און פּיזעם, 

א שטארק פראָסטיקער דרויסן האָט ארײַנגעקוקט דורך די פארכמורע- 
טע פענצטער, אף וועלכע ער האָט שוין פון סאָף נאכט גענומען מאָלן 
זײַנע טונקל-אָנגעברויגעזטע געמעלן, װאָס די שײַן אין שטוב אין פון זי 
אף פיל געמינערט געװאָרן. 

אין שטוב האָט געהערשט א געוויסער אומעט פונעם גאנצן רומל, װאָס 
האָט בא אלעמען וי צוגענומען דאָס לאָשן. 


200 


דעמלט איז פּלוצעם נאָך באװוּסט געװאָרן די מײַסע מיט מיכאלקען. 
די עלטערע דינסט, װאָס האָט אים לאנג גערופן אף ארבעט און זיך ניט 
געקאָנט דערופן און װאָס האָט זיך, סאָפקאָלסאָף, א לאָז געטאָן צו זײַן 
שטיבעלע, געעפנט די טיר און אים געטראָפן, װי געטראָפן --איז גלײַך 
אין שטוב ארײַנגעקומען, און צו אלעם פײַנעם, װאָס האָט שוין מער, דאכט 
זיך, דאָרט ניט געפעלט, האָט זי נאָך א זאָג געטאָן: 

-- זאָל מען נאָר גיין א קוק טאָן צו מיכאלקען... ער איז, דאכט זיך, 
טויט, מיכאלקע. 

-- טויט? װוּ, װאָס, ווען איז דאָס געשען? 

-- זי ווייסט ניט, נאָר ס'דאכט זיך איר אף געוויס... 

ס'זײַנען באלד דעמלט אייניקע אוועק א קוק טאָן צו מיכאלקען, און 
קומענדיק צוריק, האָבן זיי טאקע אין שטוב די ריכטיקע טשוּווע ארײַג- 
געבראכט, וועלכע האָט דער דינסטס וװוערטער באשטעטיקט און האָט שוין 
אלעמען גאָר צום איבעריקן געפּלעט. 

-- דארף מען דאָך עפּעס זען טאָן, צו וויסן געבן, אים צונעמען -- 
האָט עמעצער פון די שטוב-לײַט א באזאָרגטן זאָג געטאָן. 

-- ער האָט, דאכט זיך, א טאָכטער ערגעץ,--האָט א זאָג געטאָן א 
צווייטער. 

ס'איז דעמלט עמעצער טאקע אװעק צו טאָן פאר מיכאלקען, װאָס 
מ'דארף: דאָס איז געווען איינער פון די קלייט-מעשאָרסים --עליאָקעם 
אָדער קאטערוכע, װאָס אויך זיי האָבן די נאכט, צוהילף די שטוב-מענטשן, 
גענעכטיקט באם כוילע. 

דער איבעריקער אוילעם האָט --װער יאָ, װער ניט -- די אינדערפרי- 
ענדיקע טיי אָן טאם געטרונקען. 

די באָבע שיינצי, נאָך איר נעכטיקן קומען פון איר שווערער, װײַטער 
רײַזע, אזש פון קאמענעץ, און נאָך דער שװוערער נאכט וואכן בא דער 
שנור, איז איצט, אין שלייער אָנגעטאָן און אין די װעג-קליידער, אין א 
זײַטיקן אלקער אָפּגעגאנגען און האָט דאָרט, א מידע און א פרעמדלעכע, 
אף א סאָפקע, איבערכאפּנדיק, זיך צוגעשפּארט און אף אן ערנסט אײַנ- 
געשלאָפן. זי האָט זיך ארויסגערוקט אומבאמערקט, און קיינער האָט איר 
ניט נאָכגעקוקט, גלײַך ס'איז פון איר ניט צו פאָדערן און גלײַך װי אזא 
וי זי איז פון ניט איר אומגליק נישט מעכויעוו צו לײַדן 

די דאָקטוירים, װאָס מ'האָט גאנצפרי גערופן, האָבן זיך איצט נישט 
קיין אויסגעשלאָפענע און פאר דער צײַט אופגעשטאנענע אין שטוב ארײַנ- 
געשטעלט נישט גערן, און װי נאָר קעדיי יויצע זײַן פאר א שטוב, וועלכע 
זי באזוכן באשטענדיק און װאָס די לעצטע צײַט האָבן זיי, אָן שום 
הילף צו ברענגען, בא איר היפשלעך פארדינט.. זיי האָבן שוין נישט 
געהאט מער װאָס צו טאָן, אויסער נאָר, װי געזאָגט, פּיזעם צו פארשרײַבן 
און האָבן בלויז מיט דעם טאקע זיך באנוגנט און מער װי דאָס טאקע ניט 
פארשריבן. 

זי האָבן זיך דאָס מאָל נישט גערן געלאָזט באלייטן, און באם טויער, 
ווען מ'איז זיי פאָרט נאָכגעגאנגען און וועגן כוילע זיך געפרעגט, האָבן 


207 


זי געענטפערט, וי זיי ענטפערן טאָמיד, ווען געענגט: ,, גאָט קען העלפן...?, 
װאָס אין מויל בא זיי, בא דאָקטוירים, קלינגט דאָס קאלט, פאלש און א 
סימען אף האָפענונגסלאָזיקײַט און אז מער איבערפרעגן איז איבעריק. 

פון די מאנצבלען אין שטוב איז שוין קיינער, נאטירלעך, אין שטאָט 
און אין די געשעפטן נישט ארויס. פארקערט, װער נאָר א מעשאָרעס, 
אן אָנגעשטעלטער, א נעמאָן, א בוכפירער, אָן וועמען מ'האָט זיך הײַנט 
געקאַנט באגיין אין יענע געשעפטן, איז איצט אהיים גערופן געװאָרן 
אַדער מ'איז אליין געקומען צו באהילפיק זײַן אין שטוב, אז טאָמער װועט 
מען זיך נייטיקן אין עמעצן --אים ערגעץ-װווּ שיקן, ווען מ'דארף. 

די טיר האָט זיך אלע מאָל געעפנט פון א נײַיארײַנקומענדיקן, וועלכער 
האָט, נישט זאָגנדיק קיין , גוט-מאָרגן" און נישט פרעגנדיק בא קיינעם 
,װאָס הערט זיך?", אליין שוין, נאָר מיטן קוק, פארשטאנען, און האָט זיך 
גלײַך צוגערוקט צו א רעדל זײַניקע--אָדער קעדיי בלויז נאָר אנדערע 
אויסצוהערן, אָדער אליין אויך עפּעס ארײַנצוגעבן א שטילן, פאָרזיכטיקן 
שעפּטשע אין רעדל. 

דעמלט האָט מוישע מאשבער, פון נישט האָבן און נישט וויסן װאָס 
מער פירצונעמען, זיך אוועקגעשטעלט דאוונען. ער האָט אינמיטן עס- 
צימער גענומען אָנטאָן טאלעס-און-טפילן, עפּעס זיך געײַלט הײַנט מער, 
װוי אלע טאָג, גלײַך ער האָט מוירע געהאט פאר אן איבערשלאָג, װאָס קאָן 
פּלוצלינג פון דער קראנקערס צימער ארויסקומען, ווען ער וװועצט שוין קיין 
צײַט ניט האָבן און ניט באװײַזן... געדאוונט אָבער האָט ער, װי מ'דארף 
פארשטיין, אָן קאװאָנע און נישט צו באנעמען דעם טײַטש פון די ווער- 
טער, װײַל אלעמאָל האָט ער זיך צו דער טאָכטערס אלקער געלאָזט, זען, 
װאָס זי מאכט און װוּ זי האלט דאָרט. ער האָט איין מאָל אפילע אויך איר 
שװועל אריבערגעטראָטן, ווען זי, די טאָכטער, ארומגערינגלט פון אייגענע 
און קרויווים, װאָס האָבן איר די נעשאָמע געהיט, האָט די אויגן צוגע- 
האלטן, נישט קוקנדיק אף קיינעם. און פּלוצלינג האָט זי זיי געעפנט, דעם 
בליק צו דער טיר געװענדט און דערזען דעם פאָטער אין טאלעס-און- 
טפילן. זי האָט זיך שטארק דערשראָקן, אים נישט דערקענט און געקוקט 
אף אים װי אף א פרעמדן, אָדער ערגער: װי אף אן אױסװײַזעניש, אפן 
מאלעכהאמאָוועס אין א טאלעס. 

-- הא, טאטע... -- האָט זי זיך אָבער באלד געכאפּט און אים א װוּנק 
געטאָן צוגיין, האָט זײַן האנט אָנגענומען און זי ניט ארױסגעלאָזט פון 
אירער, װי ביכלאל זי איז געװוינט געווען די לעצטע צײַט צו טאָן-- 
דעם פאָטערס האנט פון אירער נישט ארױיסצולאָזן, בעטנדיק, ער זאָל 
שטיין לעבן איר, זײַן מיט איר, װײַל האלטנדיק זײַן האנט, האָט זי זיך 
געפילט זיכערער און בעסער. 

אז זי האָט אָבער ווידער די אויגן פארמאכט און וי זיך פארגעסנדיק 
אײַנגעשלאָפן, האָט מוישע מאשבער דעם מאָמענט אויסגענוצט, זײַן האנט 
פון אירער ארויסגענומען און איז צוריק פון אלקער ארויס. 

דעמלט, שפּעטער, האָט דער מענטש -- עליאָקעם צי קאטערוכע, -- װאָס 
איז געשיקט געװאָרן צו באזאָרגן מיכאלקען -- אָפּזוכן זײַן טאָכטער און 


208 


איר וועגן איר טאטן צו וויסן טאָן, -- זיך אין שטוב אומגעקערט און גע- 
לאָזט וויסן, אז ער האָט זי געבראכט, די טאָכטער. 

יענע, די טאָכטער, האָט טאקע אין דעם מאָמענט שוין בא מיכאלקען 
אין שטיבעלע זיך געפונען. זי איז ארײַן, און ווען זי האָט אים דערזען 
זיצן אין זײַן אויסגעקרימטער לאגע, מיטן קאָפּ אין וואנט אָנגעשפּארט, 
האָט זי א גרויס געוויין ארױיסגעלאָזט און אף א קאָל גענומען אזוי צו 
קלאָג-מוטערן, אז ס'האָט אזש אויך אהער, אין באלעבאָס' הויז, אין עס- 
צימער דערלאנגט. 

מוישע מאשבער, װאָס איז דעמלט געשטאנען באם פענצטער אין טא- 
לעס-און-טפילן, האָט, דערהערנדיק מיכאלקעס טאָכטערס אויסגעשריי, א 
ציטער געטאָן, 

זי, די טאָכטער, איז אָבער באלד אנשוויגן געװאָרן. זי האָט זיך דאָרט 
גענומען, װײַזט אויס, מיט אים פּאָרען, מיט איר פאָטער מיכאלקען: אים 
רעכט אוועקלייגן, אים אויסטאָן און צו קװוּרע איבערטאָן. 

שפּעטער א ביסל האָבן נאָך א פּאָר מענטשן --אייגענע אָדער געדונ- 
גענע צוליב מיכאלקען -- מיט אן אָרן און א פורל זיך באוויזן. מ'האָט אים 
פּאמעלעך ארױיסגעטראָגן, אפן פורל ארופגעלייגט און פון טויער ארויס- 
געפירט, און קיינעם איז אין זינען נישט געווען, נאָך זייער ארויספאָרן, 
צו פארמאכן דעם טויער... און אָט, דורך אָט דעם זעלבן טױער, דעם 
נישט פארמאכטן, האָט מען אין דער זעלבער צײַט אף מאָרגן אויך נע- 
כאמקען, מוישע מאשבערס טאָכטער, ארױיסגעטראָגן. 


צ * 4 


אף יענער לעצטער נאכט האָט מען שוין, אָן שום ייִשעו, נעכאמקעס 
קינדער פון שטוב אוועקגעפירט. מ'האָט פארנאכט, ויינענדיק, זיי די 
בורנעסלעך אָנגעטאָן, זי פארשפּיליעט, מיט ווארעמע שארפעלעך די 
העלדזער פארוויקלט, און מ'האָט זיי אף נאכטלעגער אוועקגעשיקט אין אן 
אָרט, װאָס מ'האָט געפונען פאר באקוועם און פאר די קינדער מער רויַקער 
און בעסער. 

יענע נאכט האָט שוין קיינער--גאָר קיינער, אפילע ניט די באָבע 
שיינצי-- מיט קיין אויג ניט צוגעמאכט. מ'האָט די קראנקע שוין נישט 
איין מאַל דעמלט אָפּגעשריגן, און יעדעס מאָל, ווען די קוילעס האָבן זי 
צוריק אופדערוואכט, האָט זי אויסגעזען, װי עפּעס ווילד פארכידעשט און 
וי שוין פון ערגעץ אן אנדער וועלט א צוריקגעקערטע. 

אלע האָבן זיך שוין דעמלט בא דער קראנקער אין אלקער געפונען, 
נישט אָפּגעטראָטן פון איר און װוי שוין קיין מוירע ניט געהאט, אז די 
באזאָרגטקײַט פון אלעמען זאָל אף דער קראנקערס געמיט שלעכט ווירקן, 
וי ווען ס'פירט זיך, ווען ס'איז נאָך פאראן א װאָסער-ניט-איז האָפענונג, 
ווען מ'זעט דעם כוילע ניט אזוי ענג ארומשטעלן, קעדיי פאר אים זײַן 
אייגענע סאקאָנע נישט ארױסצוּװײַזן. 

ס'האָבן דעמלט אויך אלע קלייט- און קאָנטאָר-אָנגעשטעלטע גענעכ- 


09 


טיקט און וואך געהאלטן, כאָטש קיינער האָט זיך אין זייער הילף שוין 
נישט גענייטיקט, װײַל אלערליי שליכעסן און ארבעטן זײַנען שוין געווען 
איבעריק. אזוי אלע די גאנצע נאכט, ביז אינדערפרי, ווען פון דרויסן 
האָט שוין דער טאָג ארײַנגעקוקט און ווען אין די שויבן האָט מען געזען, 
װי א שטארקער, גרימעריקער פראָסט פארנעמט זיך אפן טאָג.. דעמלט 
האָט זיך פּלוצעם דערהערט א קאָל פון דער קראנקער, וועלכע האָט זיך 
גראָד די לעצטע מינוטן דערפילט עטװאָס בעסער און באם פולן פאר- 
שטאנד --א קאָל אן אויסגעשריי: 

-- פינצטער!.. אוי, וויי, פינצטער!.. טאטע, װוּ ביסטו? 

-- מײַן קינד, -- איז מוישע מאשבער צו איר צו, זיך איבער איר אי- 
בערגעבויגן און איר דעם טויט-שווייס פון שטערן געווישט. 

-- ליכט! צינדט אָן ליכט!.. -- האָט זי װײַטער אין לעצטן קראמף גע- 
שריגן. 

-- מײַן קינד, -- האָט זיך מוישע מאשבער דאָ שוין פון אָפענעם גע- 
וויין ניט געקאָנט אײַנהאלטן און איר א זאָג געטאָן דערבײַ פון גרויס צאר 
און פארצווייפלונג: --- מײַן קינד, ס'איז קיינעם ניט פינצטער, נאָר דיר.. 
דײַן וועלט גייט דיר אונטער... 

און דאָ האָט זיך שוין אָנגעהויבן די גסיסע, מיט א כריפּ, מיט א הארץ- 
פאָכן, מיט א קרעכצן און מיט אלע לעצטע כײַעסן פון דער ברוסט דורכן 
גאָרגל ארויסגעבן. 

דעמלט האָט עמעצער, װי שוין לאנג געהאלטן אָנגעגרײט פאר יענעם 
מאָמענט, מוישע מאשבערן א סידער דערלאנגט, אופגעמישט אף א געוויס 
אָרט, און מוישע מאשבער האָט מיט אים זיך צו דער קראנקער צוגעבויגן 
און א זאָג געטאָן אין אנגסט: 

-- קינד מײַנס, זאָג מיר נאָך... -- און ער האָט איר גענומען די ווידע 
פאָרלייענען, װי מ'דארף, --מודה אני לפניך ה' אלהי ואלהי אבותי 
שרפואתי בידך ומיתתי בידך!, װאָס דאָס דערזעענדיק, זײַנען אלע אף א װײַלע 
אנשטומט געבליבן, נישט אויסגענומען קיינעם, סײַ פון די שטוב-אייגענע, 
סײַ פון די קרויווים, װי סײַ אויך פון די אָנגעשטעלטע, וועלכע האָבן זיך 
אלע איצט אין דער קראנקערס צימער פארזאמלט, און כאָטש אלע, אפילע 
די שטארקסטע, האָבן געהאט נאסע אויגן און טרוקענע גאָרגלען, דאָך 
האָט מען זיך געהאלטן שטיל און פּײַערלעך, און קיינער האָט דעמלט 
קיין הויך געוויין ניט ארויסגעלאָזט. 

ס'האָט לאנג ניט געדויערט, ביז דער קראנקערס אָטעם האָט זיך גע- 
נומען בארויַקן און אלץ שטילער און שטילער װערן --אזוי שטיל, אז ווער 
ס'װואָלט זיך געװאָלט נארן, װאָלט געקאָנט מיינען, אז זי איז אֶט-אָט, 
גאָר גענעזנדיק, אײַנגעשלאָפן, ווען אינדערעמעסן איז דאָס שוין קיין 
שלאָף נישט געווען, נאָר דער סאָף פון אלע סאָפן -- טויט און דער שטאנד 
פון ערעוו-פארשטארטקליט. 


: כ'דאנק דיר, גאָט, מײַן גאָט און גאָט פון מײַנע עלטערן, װאָס מײַן היילונג 
איז אין דײַן האנט און מײַן טוט איז אין דײַן האנט. 


די מער דערפארענע האָבן דאָס גלײַך דערזען, און א קוק געבנדיק אף 
דער טויטערס פּאָנעם, האָבן זיי גלײַך גענומען די אייגענע פון איר בעט 
אָפּפירן -- גיטעלען, װאָס האָט זיך צו דער טאָכטער, װי א כײַע, מיט א 
גוואלד-געשריי א ריס געטאָן:-- מײַן װעלט..---אויך יודעסן, די שווע- 
סטער, װאָס אויך זי האָט זיך, כאפּנדיק פארן קאָפּ, פון דער מוטער נישט 
אָפּגעשטאנען אין געשריי... אויך מוישע מאשבער אליין, װאָס אין א 
װײַלע פארגליווערט געבליבן, ביז עמעצער האָט אים מיט א שטילן זאָג 
אופדערוואכט, אים װײַטער אפן סידער אָנגעוויזן, און יענער, מוישע, האָט 
אינעם זעלבן סידער, פונוואנען ער האָט נישט לאנג פאר דער טאָכטער 
די ווידע ארויסגעלייענט, איצט גענומען זאָגן און גאָטס דין בארעכטיקן: 


שוכני בתי חמר, למה תשאו עין... 
ה' נתן, ה' לקח, יהי שם ה' מבורך!. 


און אויך ער איז אָפּגעגאנגען. 

דעמלט איז ארוױיסגעטראָטן, װי יעדער מאָל אין אזא צײַט, א נאָענטער, 
אָבער א זײַטיקער --אזא, װאָס ווייסט, װי מ'פירט זיך מיט א מעס, איז 
דערפארן און האָט דעם נייטיקן מוט דערצו. 

דאָ, אין דעם פאל, איז דאָס געווען עסטער-ראָכל -- יענע, װאָס מ'האָט 
זי גערופן ,די לעדערנע צאדייקעס"--מוישע מאשבערס א װײַטלעכע 
קרויווע, װאָס האָט אלע יאָרן געלעבט אין נויט און אין פרומקײַטן, אלע 
יאָרן פון איר מאנס צוייענדיקער פּארנאָסע -- פון אײַנבינדערײַ אינדער- 
װאָכן און א שאמעס זײַן אין א קליין אָרעם באלמעלאַכע-שולעכל אום 
שאבעס --- האָט זי קיינמאָל ניט געהאט קיין ברויט צו זאט; אָבער זי האָט 
זיך קיינמאָל ניט געקלאָגט, קײינמאָל צו קיינע קרויווים, אפילע אויך צו 
מוישע מאשבער, נישט אָנגעקומען נאָך גאָרנישט, אויסער נאָר נאָך 
באָרשטש אף פּייסעך, און װאָס טאָמיד, ווען מ'האָט זי געפרעגט: ,עסטער- 
ראָכל, װאָס הערט זיך?"--פלעגט זי יעדער מאָל מיט א פרום װאָרט 
אָפּענטפערן: ,א דאנק... נישקאָשע... מוישע אײַנבינדער (איר מאן) און 
דער ריבוינעשעלוילעם פארלאָזן נישט, און יאקאָס שלאָגט מען זיך דורך", 
װוי זי װאָלט זיך אָפּגעטרײסלט און זיך ארויסגעמאכט פון אלע ענלעכע 
זי באדויערנדיקע פראגעס, כאָטש איר פּאָנעם איז געווען א גענוגער איי- 
דעס אף דער מוירעדיקער נױיט, װאָס האָט עס געמאכט פארהארטעוועט, 
וי לעדער און װי שוין נישט פּיייַק אופצונעמען קיין מינדסטע פריילעכע 
מינע. 

פארמעגלעכע קרויווים האָבן זי אויסגענוצט אף כאסענעס--אף אכ- 
טונג געבן באם קאָכן, באקן אף די סארווערס און סארווערנס: אָדער בא 
קימפּעטאָרנס און בא א כוילע צו וואכן; אָדער, װי איצט דאָ, בא מוישע 
מאשבער, בא זײַן קראנקער טאָכטער שוין צולעצט. 

דעמלט, זאָגן מיר, איז ארױיסגעטראָטן עסטער-ראָכל.. נאָך דעם, װי 


איר, װאָס װווינט אין ליימענע שטיבער, מיט װאָס נעמט איר זיך איבער.. 
גאָט האָט געגעבן, גאָט האָט אוועקגענומען, זאָל זײַן נאָמען זײַן געבענטשט. 


511 


מ'האָט גיטעלען, יודעסן און אויך די אייגענע מאנצבלען ארויסגעפירט, 
איז זי צו דער טויטערס בעט צוגעגאנגען, זיך איבער איר איבערגעבויגן 
און א זאָג געטאָן, וי מ'זאָגט צו א לעבעדיקער צום הערן און צום פאָלגן: 

-- הייליקע נעשאָמע פון נעכאמע באס מוישע, גײי אהין, פונוואנען 
דו ביסט געקומען, און לאָז דײַן כוימער! דיך באדינען, ---און זי האָט איר 
גענומען די אויגן צומאכן, די הענט און די פיס אױיסציִען, די קישן פון 
אונטערן צוקאָפּנס אוועקנעמען און דאָס פּאָנעם פארדעקן. 

זי איז נאָך דעם, װי זי האָט דאָס אלץ אָפּגעטאָן, אויך צום שפּיגל, 
װאָס איז אף דער וואנט געהאנגען, צוגעגאנגען, אים פארדעקט, דערנאָך 
האָט זי זיך געווענדט צו די ארום שטייענדיקע און א זאָג געגעבן: 

-- זאָל מען הייסן אויסגיסן די וואסער... 

שפּעטער א ביסל האָט מען געטאָן מיטן מעס, װאָס מ'טוט געװויינלעך: 
אים אָפּגעהױבן, אף דער ערד אוועקגעלייגט און באם צוקאָפּנס ברענענ- 
דיקע ליכט אוועקגעשטעלט. 

דאָס אָבער האָבן שוין געטאָן אנדערע--מאנצבלען, נישט עסטער- 
ראָכל, און צו יענער צײַט איז מען צו מוישע מאשבער, צו גיטעלען, צו 
יודעסן און אויך צו נאָכעם לענטשער צוגעגאנגען און זיי געריסן ,קריע?? 
בא מוישע מאשבער און בא נאָכעמען האָט מען די לאצן פון די קאפּאָטעס 
מיט א מעסער אײַנגעשניטן און דערנאָך מיט די הענט זי טיף אראָפּ א 
ריס געטאָן, זיי זאָלן זיך אראָפּהענגען, און בא גיטעלען און בא יודעסן 
האָט מען אזוי אויך טיף די קאָפּטלעך אײַנגעשניטן. - 

מיר ווילן ניט דערציילן, װאָס איזן דעמלט װײַטער פאָרגעקומען, 
ויאזוי די אייגענע, קרויווים און נאָענטע האָבן זיך ארום מעס ארומגע- 
זעצט און אים באוויינט. מירן אויך ניט דערציילן, ויַאזוי גיטעלע האָט, 
ניט זעצנדיק זיך, די גאנצע צײַט אין אנדערע צימערן --אמאָל אין איי- 
נעם, אמאָל אין א צווייטן -- פון וואנט צו וואנט שטיל ארומגעשפּאנט און 
װי געווארט, מ'זאָל צו איר אָט-אָט פונעם מעס' צימער מיט א יעדיַע 
ארויסקומען, אז ס'איז אומעגלעכס געשען, אז די טאָכטער איז צוריק לע- 
בעדיק געװאָרן... 7 

זי איז אזוי אומגעגאנגען ביז באטאָג, ווען כעוורע-קאדישע האָבן זיך 
גענומען באװײַזן: ווען דורכן אָפענעם טויער, דורכוואנען מ'האָט ערשט 
נעכטן מיכאלקען ארויסגעפירט און װאָס מ'האָט ניט אין זינען געהאט 
אים צו פארמאכן, האָבן זיך איצט ארײַנבאוויזן א פּאָר אָרעם אָנגעטאָנענע 
װײַבער מיט עפּעס מינים מעשענע, שוין לאנג ניט געשײַערטע טעפּ און 
לאנגע קאנען צו דער טארע; און נאָך יענע װײַבער האָבן זיך אויך די 
נויסע-מיטע באוויזן: איינער א ייד מיט דרײַ דרענגלעך אונטערן אָרעם, 
דער צווייטער -- מיט א שווארצן טוך, דערװײַל נאָך א צונויפגעלייגטן 
און דער דריטער מיט א קול שטרוי--אף דער מיטע אױסצושפּרײטן 

אָט דעמלט, ווען אין קיך און אין פירהויז האָבן שוין גענומען פאר- 
זידן די געשטעלטע סאמאָווארן און די טארע-װײַבער האָבן מיט פלינקע 





: כוימער - לײים, געמיינט דעם גוף. 


52--9 19 


הענט און דערפארן זיי גענומען טאסקען אהין, אין יענעם צימער, װוּ 
דער מעס איז שוין געלעגן אף צוזאמענגעשטעלטע טישן און װוּ מ'האָט 
אים באדארפט זײַן , רעכט? טאָן, -- אָט דעמלט האָט גיטעלע, װי א טיגער- 
מוטער זיך אין יענעם צימער ארײַנגעריסן, װוּ נאָר שטארקע, גאָר-גאָר 
אויסגעהאלטענע זײַנען ארײַנגעלאָזט געװאָרן -- וי אן עסטער-ראָכל. 

עסטער-ראָכל האָט איר וילדעניש דערזען און איז צו איר צו. גי- 
טעלע האָט עפּעס א ריטשע געטאָן און באלד גלײַך אנשוויגן געװאָרן, און 
שטיל װערנדיק, האָט זי, האלב דול און מעשונע נאָכגעבנדיק, בא עסטער- 
ראָכלען א פרעג געטאָן: 

-- זאָג מיר, כ'בעט דיך, עסטער-ראָכל לעבן, נאָר איינס: צי זעען דאָס 
בעעמעס טאקע מײַנע אויגן?. 

-- יאָ, -- האָט איר יענע גלײַך, אָן קרימעניש, געענטפערט, --זעסט, 
און װי א ייַדישע טאָכטער לאָז איר טאָן איר רעכט... גײי, גי פונדאנען, 
גיטעלע. 

דאָס האָט עסטער-ראָכל גערעדט אזוי הארט מיט גיטעלען, קעדיי זי 
אומקערן צום זינען, וועלכן זי האָט שירישיר שוין נישט געהאט אָנגע- 
וווירן און פארלוירן. 

מ'האָט באלד דאָרט, נאטירלעך, געטאָן, װאָס מ'דארף. מהאָט מיט 
שטארק הייס וואסער דעם מעס ארומגעוואשן, טאכריכים אָנגעטאָן, אפן 
קאָפּ, וי סע פירט זיך, דעם פרומען טשיפּיק, און געזאָגט דערבײַ די גע- 
וויסע פּסוקים, װאָס געהערן צו דער לאגע, װי וזרקתי עליכם מים טהו- 
רים!, אאוו. 

אין דרויסן דערװײַל האָט מען שוין דעמלט די מיטע אויסגעפארטיקט, 
איינער א נויסע-מיטעניק האָט אף א קיך-בענקל אָנגעשפּארט צוויי דרענג- 
לעך און זיי אינמיטן דורכגעפלאָכטן מיט א שטריקל אין אלאכסן?. ער האָט 
פונעם געבראכטן קול שטרוי א קליין ביסל, װעדליק א זשמעניע, ארויס- 
געכאפּט, און װי מ'ימאכט א גארטל צו א טווּע-גארב, אזוי האָט ער פלינק 
און מיט א געניטער האנט דאָס א דריי געגעבן, דערפון א מין קאָפּן- 
קישעלע אויסגעמאכט און פון א צווייט ביסל -- פאר די פיס אן אָנשפּאר, 
און די איבערגעבליבענע שטרוי האָט ער אין דער לענג פון דער מיטע אויס- 
געשפּרײט. באלד האָבן אנדערע צוויי נויסע-מיטעניקעס דעם מעס אין א 
װײַסן לײַלעך אײַנגעהילט, פון שטוב ארױיסגעטראָגן. איינער האָט געהאלטן 
דעם לײַלעך אין א זשמוט צונויפגעדרייט צופוסנס, און דער צווייטער -- 
צוקאָפּנס, און ביידע האָבן, זיך וואקלענדיק, די שווערע מאסע צו דער 
מיטע צוגעבראכט. 

דעמלט האָבן זיך אלע היימישע, אייגענע, קרויווים און שכיינעס און 
װער נאָר פון װײַבערשן געשלעכט ס'איז צו מוישע מאשבערס שטוב 
נאָענט געווען, צו דער מיטע זיך א לאָז געטאָן און זי ארומגערינגלט; און 
פונעם ענגן רעדל, פונעם געדראנג און פונעם ציטעריק-פאָרכטיקן פּלאָנ- 
טער, װאָס האָט זיך געבילדעט ארום די נויסע-מיטעניקעס, װאָס האָבן זיך, 


: איך װעל אף אײַך שפּריצן ריינע וואסערן; ? א לא כסן -- דיַאגאָנאל, 


13 


הס 


אײַלנדיק, ארום מעס געפּאָרעט, אים אײַנגעמאָסטעט און צוגעדעקט, האָבן 
זיך פארשיידענע קוילעס און ווילדע געשרייען ארויסדערהערט: 

-- גוטע מאלאָכים זאָלן דיר אנטקעגנגיין... 

-- די טויערן פון הימל זאָלן פאר דיר אָפן שטיין.. 

-- א יונגער בוים אזא, וויי צו קלאָגן!.. 

-- זאָלסט זיך מיַען און זכוס טראָגן... 

און גיטעלע איז אף דער שװעל, דורכוואנען מ'האָט נאָרװאָס דעם 
מעס ארױיסגעטראָגן, שטיין געבליבן. זי איז צו דער מיטע ניט אראָפּ, האָט 
א האלב-דולע אפן געדרענג, װאָס ארום דער מיטע, אראָפּגעקוקט, און די 
גאנצע צײַט, ווען אנדערע האָבן געשריגן, האָט זי געהאלטן אין איין פרעגן 
בא זיך אליין דאָס, װאָס זי האָט בעשאס טארע א פרעג געטאָן בא עסטער- 
ראָכלען; 

-- צי זעען דאָס בעעמעס טאקע אירע אויגן... 

באלד האָט זיך גערירט די לעװײַע. באלד האָט זיך אויך דערהערט 
דער געוויסער קלאנג פון דער צדאָקעיפּושקע אין דער האנט פון איינעם 
א כעוורע-יקאדישע-שאמעס. מ'איז ארויס דורכן טויער, דורך וועלכן מ'האָט 
נעכטן ארויסגעפירט מיכאלקען און װאָס מ'האָט ניט אין זינען געהאט אים 
פארמאכן, און מ'האָט אים אויך איצט ניט פארמאכט. 

און שפּעטער א ביסל, ווען די לעװײַע איז שוין אװעק, וען די פיל 
באלייטערס, װאָס זײַנען געקומען מוישע מאשבערס מעס קאַװעד אָפּ- 
געבן, פון מארק-לײַט, פונעם קלויז און אנדערע, זײַנען פון גאס און פון 
אויג שוין פארשווונדן, -- האָט מען א ביסל װײַטער פון טויער, א קליין 
ביסל אין גאס ארויסגערוקט, איינעם נאָר א מענטשן, פון גאנצן אוילעם א 
פארבליבענעם, געקאָנט זען.. 

דאָס איז געווען אלטער, װאָס קיינער האָט זיך אף אים די לעצטע 
טעג ניט אומגעקוקט -- נישט וען ער האָט זיך געװויזן אין שטוב און 
נישט ווען אויך נישט. מ'האָט אים פון זינען ארויסגעלאָזט, נישט באמערקנ- 
דיק, װי ער האָט געוואכט באגלײַך מיט אלע אין יענער נאכט, ווען מ'האָט 
נעכאמקען צום ערשטן מאָל אָפּגערופן, נישט אויך דעם צווייטן טאָג, ווען 
ער האָט, װוידער צוזאמען מיט אלע, װי א שאָטן אומגעבלאָנדזשעט, און 
אויך נישט הײַנט, ווען מ'האָט זיך ארום מעס געייסעקט, בייס ער, אלטער, 
איז אונטן, אין עסישטוב, געשטאנען מיטן פּאָנעם צו א וואנט און שטיל 
געװויינט פאר זיך אליין, נישט צושטייענדיק אין שוטפעס צו קיינעם און 
פון קיינעם ניט באקומען געטרייסט. ער האָט זיך, מאכמעס ער איז נישט 
געוווינט געווען צו מענטשן, נישט אײַנגעשטעלט מיט דער לעװײַע מיטצו- 
גיין, און ער איז נאָר ארויס פון טויער אפן גאס און האָט לאנג געקוקט און 
זײַן בליק געװוענדט אין יענער ריכטונג, װוּהין די לעװײַע איז אָפּגעגאנגען. 

ער איז געשטאנען פארכושט, וי א כײַע, װאָס האָט דעם וועג פאר- 
לוירן... און באלד האָט מען געקאָנט זען, װי גלײַך אים צו טרייסטן, האָט 
זיך, פונוואנען, פון װוּ און צו אים צוגעשטעלט דער הונט קייטלזייגער, 
װאָס איז שוין פון נעכטן אָן געווען אָן א באלעבאָס און װאָס אויך ער איז 
קיינעם פון די שטוב-לײַט נישט אָנגעגאנגען און פון אלעמען פארגעסן, און 


214 


ביידע זי --- אי אלטער, אי קייטלזייגער -- האָבן זייערע בליקן געווענדט 
אין איין ריכטונג -- אהין, װוּהין מ'איז מיטן מעס אוועק. 

אלטער װאָלט לאנג אזוי געשטאנען -- מעגלעך, ביז אין דער נאכט 
ארײַן און ביז ער װאָלט פון פראָסט פארסטארטשעט ווערן, נאָר באלד האָט 
זיך, פון הויף ארויסגייענדיק, באוויזן גנעסיע, דאָס אין דער שטיל פאר 
אים פארקנאסטע דינסט-מיידל, וועלכע האָט אים צופעליק דערזען, איז זי 
צו אים צוגעגאנגען, אים פון גליווער אופגעװועקט און אין שטוב ארײַנ- 
גערופן. 

די שטוב האָט דעמלט אויסגעזען, װי אלעמאָל, ווען מיטראָגט ארויס 
א מעס: די טירן פון צימער צו צימער אופגעפּראלט, און נעץ-סימאָנים פון 
טאָרע און פון פיל פוסטריט, װאָס זײַנען ערשט נאָרװאָס דורך די אופגע- 
עפנטע טירן ארײַן און ארויסגעגאנגען. 

און דאָרט, אפן , פעלד", װוּהין מ'איז אָנגעקומען מיט דער לעװײַע שוין 
שפּעטלעך, ערשט פארנאכט צו, מאכמעס צוגיין אהין איז א גרויסער מע- 
האלעך, האָט מען געטאָן, װאָס מ'טוט געוויינלעך: מע האָט זיך זיבן מאָל 
אין , אויהעל? ארום בארמינען געדרייט, דערנאָך געזאָגט דעם ,צידוק 
האדין?, און דערנאָך, אז מ'האָט דעם מעס צום קייווער צוגעבראכט, און 
דער קייווער איז, מאכמעס דעם גרויסן פראָסט, וועלכער האָט פארשווערט 
דאָס גראָבן, נאָך ניט אינגאנצן פארטיק געווען, האָט מען נאָך א ביסל 
געמוזט אויסווארטן, ביז מע האָט דעם מעס שוין אין דער פינצטער, בא א 
לאמטערן, אין גרוב אראָפּגעלאָזט. 

דאָס מאָל איז בא דער קװוּרע, װי אלעמאָל בא כאָשעװע שטאָט- 
מענטשן, בײַגעווען אליין הירשל ליווער, וועלכער האָט, שטייענדיק באם 
קייווער-ראנד, צוקאָפּנס, געהאלטן דעם לאמטערן, ארײַנגעלויכטן מיט אים 
און אהין ארײַנגעקאָמאנדעװעט מיט פלײַס, זעענדיק, אז אלץ זאָל דאָרט 
געטאָן וערן, וי ס'געהער און װי אלע מינהאָגים פאָדערן. 

-- דעק איר אָפּ דאָס פּאָנעם, -- האָט הירשל ליווער, צולײַכטנדיק מיטן 
לאמטערן, ארײַנגעשריגן צו דער שאמעסטע, וועלכע האָט זיך אין קייווער 
מיטן מעס געפּאָרעט. 

-- די שערבלעך... די גאָפּעלעך...-- האָט ער װײַטער ארײַנגעשריגן, ווען 
מע האָט באדארפט פארדעקן דעם בארמינען די אויגן און אין האנט אים 
ארײַנגעבן א צװײַגל, װי א גאָפּעלע, צוליב געוויסע סגולעס. 

באלד האָט מוישע מאשבער, מאכמעס זײַן טאָכטער האָט קיין דערוואק- 
סענעם ,קאדעש" נישט געלאָזט, אליין גענומען זאָגן דעם קאדעש. דערבלי 
האָט ער עפּעס א מעשונע כליפּ געטאָן שוין באם ערשטן װאָרט ייַסגא- 
דאל", און אלע איבעריקע ווערטער זײַנען אים פארכלינעטע צװישן דער 
וויינענדיקער באָרד און ליפּן געבליבן. 

מ'האָט די אוויילים געטרייסט, וי געוויינלעך. אלץ, וי ס'דארף צו זײַן. 
נאָר אז אלץ איז אָפּגעטאָן געװאָרן און דער אוילעם באלייטער האָט גענו- 
מען אָפּגײן פון קייווער, איז מוישע מאשבער נאָך מיט האלב-פארגליווער- 
טע קאדעש-ווערטער אין מויל איבער דער שוין פארשאָטענער גרוב גע- 
שטאנען, װי אונטערגעריסן און װי גאָר די װעלט האָט זיך אים דאָ, בא 


19 


אָט דעם בערגל ערד, אױסגעלאָזט. און אז לוזי, װאָס איז, נאטירלעך, געווען 
איינער פון די באלייטער, איז צו אים צוגעגאנגען און אים זײַן צאר גע- 
װאָלט לינדערן, האָט יענער, מוישע, אף אים א פארכידעשטן בליק געטאָן, 
װי אף א פרעמדן און ניט װי אף קיין ברודער, און א זאָג געגעבן דערבײַ 
האלב טויט און וי פון אן אנדער וועלט אראָפּ; 

-- הא... לוזי... א האלבע װעלט מײַנע איז שוין דאָ, --האָט ער, אפן 
קייווער אָנװײַזנדיק, געזאָגט, -- און אויך די צווייטע װועט מיסטאם ניט 
פארזאמען באלד אהין אראָפּקומען. 

-- װאָס רעדט ער? 

-- יאָ, -- האָט יענער געענטפערט, -- ס'האלט איצט בא אים, בא מוישע 
מאשבער אליין, הייסט עס. 


8 + 8 


און מוישע מאשבער האָט זיך גלײַך גענומען גרייטן צו דער אייגענער 
באגרעבעניש. 

אָנגעהױבן האָט ער דערפון, װאָס באלד נאָך , שיווע", נאָך אין מעשעך 
פון שלוישים!, האָט ער אײינמאָל אוועקגערופן גיטעלען אין א זײַט און איר 
פּלוצעם א זאָג געטאָן: 

-- די װעלט אונדזערע, גיטעלע, איז שוין באלד אויס, ס'צײַט א 
טראכט טאָן פון יענער. 

-- װאָס? -- האָט גיטעלע, שוין אזוי אויך א גענוג געשטראָפּטע, איצט, 
וי עפּעס א נײַעם אומגליק דערפילט און זיך געװוענדט צו איר מאן נאָך 
דערקלערונג. -- װאָס מיינט ער? 

-- ער מיינט, אז פונדאנען איז שוין נישט צו האָפן, און אז מ'דארף 
זיך זען פארגרייטן, מיט װאָס מ'קאָן, אף א הין. 

-- יאָ, אָבער װאָס וויל ער? 

-- ער וויל, פאר אלעמען, כאסענע מאכן אלטערן. 

-- אלטערן?.. איצט, און אין אזא צײַט? 

-- יאָ. דאפקע איצט. די צײַט שטייט נישט, אונדזער לאגע הענגט אף 
א האָר און אלטערס הענגט אָפּ פון אונדזערער: אויב ניט מיר, איז װער, 
אויב ניט איצט, איז ווען דען? 

-- אָבער װאָס איז דאָס אײַלעניש? -- האָבן זיך גיטעלען פרישע טרערן 
אין די אויגן געװויזן. 

-- ס'איז א מיצווע-זאך, און קיין כאסענע לייגט מען ניט אָפּו ביפראט 
אזא, װי אלטערס. 

מעשונע, אָבער יאָ: ס'טרעפט אמאָל מיט איינעם, װאָס נאָך איינעם אָדער 
עטלעכע קלעפּ פון גוירל בלײַבט ער אזוי דערשלאָגן, אז ס'קלעקט אים 
ניט קיין קויעך אופצושטעלן, װאָס אים איז כאָרעוו געװאָרן, ער פארלאָזט 


! שלוישים -- דרײַסיק. די ערשטע דרײַסיק טעג נאָך עמעצנס שטארבן 
רעכענען זיך בא רעליגיעזע ייִדן פאר טרויער-טעג. 


516 


אלץ, און פון זײַן אלעם אייגענעם און דערװאָרבענעם מאכט ער זיך גאָר 
א קליין פּעקעלע אף זײַן לעצטן, אָרעמען און געבראָכענעם סאָף-וועג, װאָס 
שטייט אים פאָר, ווען ער װעט אָפּגײן פון זײַן געוועזענער געדולע. 

װוּנדערלעך, זאָגן מיר, װי מוישע מאשבער האָט איצט פון זײַנע אלע 
געשעפטן אװועקגעקוקט, גלײַך זיי װאָלטן שוין געווען אכער-ייַעש:, אין 
דער צײַט, ווען אן אנדערער אף זײַן אָרט װאָלט נאָך געפּרוּװט עפּעס טאָן, 
געפּרוּװט זיך א װאָרף געבן, כאָטש װי א פיש אף דער טרוקן, װי אן 
אַה אף דער העלפט געקוילעט -- געפּרוּװוט עמעצן אין שוטפעס ארײַנע- 
מען אָדער צו באקומען שטיצע אף אן אנדער אויפן. 

ניין, מוישע מאשבער האָט זײַנע געשעפטן אינגאנצן פון קאָפּ ארויס- 
געלאָזט, און דער איקער זאָרג, װאָס האָט אים באהערשט נאָך זײַן טאָכ- 
טערס טויט, איז געווען אלטער... ער האָט אים איינמאָל, בעשאס שיוע, 
דערזען ארײַנקומען אין עטצימער, זיך אָנטרעפנדיק אף דער שװועל מיט 
דער אים פארשפּראָכענער גנעסיע, און ער האָט באמערקט, ויַאזוי אלטער 
האָט אף איר א קוק געטאָן, און ויאזוי צוריק גנעסיע אף אים, און 
נישט געקוקט אפן אומגליק אין שטוב, האָבן ביידע דעמלט אף א שטומען 
אויפן אויך צו אים, צו מוישע מאשבער, מיט זייערע בליקן זיך געווענדט 
און װי אים דערמאָנט, װאָס זיי קערן זיך אָן און װאָס זיי איז פארשפּראָכן 
געװאָרן זיך אָנצוקערן.. 

מוישע מאשבער האָט דאָס גלײַך אופגעכאפּט, און א סװאָרע, אז אין 
מעשעך נאָך פון שיווע, ווען לוזי איז אים געקומען מענאכעם-אָװל זײַן 
האָט ער מיט אים א געשפּרעך פארפירט -- אין דער שטיל, פון אלעמענס 
אויערן פארשטעלט, און דערבײַ האָט עמעצער פון זיי א שטילן מורמל גע- 
טאָן דעם געוויסן זאץ: , מעבירין את המת מלפני הכלה", װאָס דאָס האָט 
באדארפט באטײַטן, אז א טויט פון א נאָענטן, ווען ס'מאכט זיך, איז פאר 
קיין אָפּגעשטעלטער כאסענע ניט קיין אָפּהאלט, און אז לויט דעם דין און 
לויט דער לאגע דארף מען דאָ זען טאָן װאָס גיכער און נישט געקוקט אף 
גאָרנישט. 

און מוישע מאשבער האָט דאָס גענומען דורכפירן אמשנעלסטן, גלײַך 
עמעצער װאָלט אים געשטאנען איבערן קארק און אים דערצו אונטערגע- 
יאָגט. ער האָט גענומען נאָכקוקן דער גנעסיען -- און אליין איר קערפּער, 
װאָס האָט געשפּארט פון אירע קליידער, האָט אים געזאָגט, אז זי איז שוין 
צו לײַטן, און אז ווען ניט ער, מוישע מאשבער, װאָלט זי ניט פארקנאסט 
פאר זײַן ברודער אלטערן, װאָלטן זיך געפונען מענטשן פון איר, פון גנע- 
סיעס, גראד, וועלכע װאָלטן זיך מיט איר ניט געברעקלט -- א מין קא- 
טערוכע, אָדער אן אנדערער-ווער. 

ער איז געווען גערעכט, מוישע מאשבער, װאָס געהער אָט דער גנע- 
סיען. זי האָט ניט איין מאָל, ווען זי פלעגט קומען אין מארק צװישן קא- 
צאָוים,. העקער און ענלעכע, נישט איין צוּװינקענדיקן בליק ארויסגערופן 
בא א יונגער, פריילעכער קאָמפּאניע, וועלכע האָבן, קוקנדיק אף איר, איי- 


1 האָפענונגסלאָז. 


נער דעם אנדערן אין די זײַטן געשטורכעט, דערבײַ מיט די צונגען אונ- 
טערגעקנאקט, װאָס דאָס האָט געהייסן אף קאצאָװוים-לאָשן: אָט א מויד, 
שוין אײינמאָל... 7 

א סװאָרע, אז אפילע אזא, װי מאזשעווע, דער אונדז שוין באװוּסטער 
קאצעוו-יונג, מייער בלאס!' באװוּסטער העקער, דער באװוּסטער װײַבער- 
שער שאָדן-ווינקל, האָט אויך נישט איין מאָל, א קוק טוענדיק אף איר, 
זיך געריבן די הענט פון גאלאנטאָנישער לוסט. 

יאָ, א סװאָרע, אז זי איז טאקע געשטאנען אין זײַן גאלאנטאָנישן צעטל: 
ער האָט פון איר געטראכט און געהאט אין זינען זי אמאָל צו פארטשע- 
פּען און מיט איר אין א מער נאָענטער באקאנטשאפט ארײַנצוטרעטן. 

יאָ, א סװאָרע, אז די לעצטע צײַט, ווען ער איז געוווירע געװאָרן פון 
א קאטערוכען אָדער פון אן אנדערן וועמען, אז זי, אָט די גנעסיע, האָט 
אוועקגעקוקט פון איר גראד און זיך גאָר געלאָזט פארקנאסן פאר עפּעס 
א גוירישיקרענקלעכן שלימאזל, האָט עס אים שטארק פארדראָסן 
ערשטנס, װאָס ער אליין האָט דורכגעלאָזט אזא געלעגנהײַט, און צווייטנס, 
אוב זי װאָלט ניט אויסגעפאלן פאר אים, װאָלט זי אָנגעקומען, אלקאָל- 
פּאָנעם, צו א זײַן גלײַכן, צו א באלמעלאָכע אָדער א העקער: -- איז אָט, 
געוווירע װוערנדיק דערפון, האָט ער איינמאָל, דערזעענדיק זי אין מארק, 
איר נאָכגעטשאטעװעט, ער האָט זי פון אויג ניט ארױיסגעלאָזט, און ווען 
זי איז ארויס פון מארק, זיך לאָזנדיק אהיים, האָט זי אים פּלוצעם, אין 
איינעם א געסל, לעבן איינעם א טויבן טויער, דערזען פאר זיך אויסוואקסן. 

זי האָט אים געוויס געקענט, װײַל װער פון דינסט-מיידלעך און פּאַ- 
קאַיאָװעס האָבן אף מאזשעווען אמאָל אן אויג ניט געװאָרפן און קוקנדיק 
אף אים, די טרוקענע ליפּן ניט באנעצט! נאָר דערזעענדיק אים איצט אויג- 
אף-אויג לעבן זיך, האָט זי זיך שטארק דערשראָקן, דערצו נאָך האָט זי 
מאזשעווע גלײַך הינטערן טוער ארונטערגערופן, װאָס אָפּזאָגן זיך און 
ניט פאָלגן זײַן רוף איז ניט געווען שײַעך.. זי האָט זיך דערפילט, װי א 
פייגעלע פון א שלאנגס א בליק געפאנגען.. זי האָט געפּרוװוט די אויגן 
אראָפּלאָזן און נישט געקאָנט, די הענט צום פּאָנעם אופהייבן -- און מוירע 
געהאט, און פון זײַן שרעקנדיקער נאָענטקײַט אין איר געקומען די היץ 
העכער די קני, אין די שענקלען; און שטייענדיק א װײַלע אזוי געקלעמט 
און אין ווארטעניש, ביז ער װעט איר דאָס ערשטע װאָרט זאָגן, האָט זי 
זיך אינגאנצן װי אין זײַן רעשוס דערזען: אנטלויפן אומעגלעך, שרײַען-- 
אוואדע ניט, און דעריקער איז איר אי פאָרכטיק, אי אָנגענעם געװוען די 
היץ פון העכער אירע קני... 

-- דו דינסט? -- האָט זי מאזשעווע א פרעג געטאָן. 

-- יאָ, -- האָט גנעסיע געענטפערט. און ס'איז איר מיטאמאָל שרעקלעך 
געװאָרן, זיך צו דערמאָנען, װוּ זי דינט און מיט װועמען זי איז איצט 
פארבונדן... און מיטאמאָל, נאָך יענער שטוב און יענער פארבינדונג, זיך 
גאָר טרעפן אין א הינטערגעסל, הינטער א טויבן טויער מיט א מאנצבל, 
און נאָך מיט אזא מאנצבל, װוי מיט מאזשעווען... 

-- װאָס װיל ער? -- האָט זי א דערשראָקענע א פרעג געטאָן. 


18 


-- גאָרנישט. ער וויל נאָר װויסן: ער האָט געהערט, אז זי האָט כאסענע 
פאר עפּעס א גװירישן יאָלד, װאָס זי מיינט פון אים גליקלעך צו ווערן, 
וויל ער איר זאָגן, זי זאָל זיך באטראכטן, װײַל יענע קאָנען דאָך אפילע 
ניט די מעלאָכע... 

-- װאָסער מעלאָכע? -- האָט גנעסיע ניט פארשטאנען, קוקנדיק אף 
מאזשעווען אין פארלעגנהײַט, און געפרעגט נאָר צוליב פרעגן. 

-- אָט די... -- האָט ער געענטפערט, -- און דערבײַ האָט ער זיך צו 
איר א שטארק נאָענטן רוק געטאָן און מיט זײַן שטײַף-באָכערישן קערפּער 
איר א שטומע, אָבער אן אָנשױלעכע דערקלערונג געגעבן. 

-- לאָז מיך אָפּוּ -- האָט זיך גנעסיע א האלבן אומװויליקן דריי געטאָן, 
וועלנדיק זיך ארױיסרײַסן פון זײַן צו שטארקער נאָענטקײַט, װאָס האָט זי 
געשטיקט און איר געמאכט דעם אָטעם אויספעלן. -- לאָז אָפּ, כוועל 
שרײַען גוואלד. 

-- פאר שרײַען פּאטשט מען בא אונדז אין פּיסק און נאָך ערגעץ,-- 
האָט געזאָגט מאזשעווע, און זעענדיק, אז הינטערן טויער קאָן מען מער 
קיין מאכזאָקעס ניט מאכן, מאכמעס ער האָט מוירע געהאט פאר פארבלי- 
גייער, װאָס קאָנען זיך דאָרט טרעפן, האָט ער זי גענומען וי פון אונטער 
זײַנע פליגל צו באפרײַען. 

-- גיי און באטראכט זיך, -- האָט ער איר א זאָג געטאָן, -- און זע, 
זאָלסט קיין כאראָטע ניט האָבן. 

אז גנעסיע איז דעמלט צוריקגעקומען אהיים, האָט זי אויסגעזען בלאס 
און דערשראָקן -- ערשטנס, אליין נאָר פון דער נאָרװאָסיקער באגעגעניש 
מיט מאזשעווען און פון זײַן װאָרענונג, וועלכע זי האָט פון איבעראשונג 
האלב יאָ, האלב ניט געדענקט: דעריקער אָבער איז זי געווען דערשראָקן 
פון יענעמס שטארקער נאָענטקײַט, װאָס זי האָט זי נאָך אלץ געפילט הע- 
כער די קני, אין אירע שענקלען, און װאָס דערפאר האָבן זיך איר איצט 
געזעצט די פיס, גלײַך װי בא א הון, ווען א האָן טוט זי ארומרינגלען און 
איר דעם וועג פארלויפן... 

זי האָט, קומענדיק פון מארק, טאקע גלײַך אין קיך אף א בענקל זיך 
צוגעזעצט, און די עלטערע דינסט, װאָס האָט אזוי גוט געקענט איר יעדער 
מינע, האָט גלײַך פון איר פּאָנעם אראָפּגעלײענט, אז עפּעס האָט מיט איר 
געטראָפן נישט געוויינלעכס. 

-- װאָסי? װאָס געשען? װאָס ביסטו אזוי בלאס, מויד, און װאָס האָסטו 
זיך עס צוגעזעצט? 

-- גאָרנישט, -- האָט יענע נישט געהאלטן פאר מעגלעך צו דערמאַנען 
וועגן מאזשעווען און וועגן דער באגעגעניש מיט אים אפילע פאר איר 
א פאר דער עלטערער דינסט, װאָס זי טיילט זיך מיט איר מיט 
אלץ. 

-- אָבער פאָרט? זאָג, דערצייל, פארעד ניט די ציין... געוויס א באגע- 
געניש מיט עמעצן -- מיט א באָכער... הא, זאָג. 

דאָ האָט גנעסיע די אויגן אראָפּגעלאָזט... זי האָט ניט געקאָנט לייקענען 
און ניט געװאָלט זיך מוידע זײַן, און די עלטערע דינסט האָט, אליין פאר- 


19 


שטײיענדיק און ניט וועלנדיק ציען קיין װוערטער מער בא גנעסיען, זי 
גענומען טרייסטן, זי בארויִקן און װי זי פארזיכערן, אז נישקאַשע, זאָל זי 
נאָר צוווארטן א ביסל, די באלעבאטים איז, װי זי ווייסט, איצט ניט אין 
זינען, נאָכן אומגליק, אָבער זייער װאָרט איז א װאָרט, פארקנאסט איז זי, 
און אינגיכן װעט מען מיסטאם פּראװען כאסענע. 

-- דו דארפסט... -- האָט די עלטערע דינסט איבער גנעסיעס קאָפּ מו- 
טערלעך-געטרײַ און מיט מיטלײַד אראָפּגעלײענט, -- אוואדע דארפסטו... 
ס'שפּארט פון דיר... די רייפן האלטן שוין ניט די פאס.. די קליידער -- 
דאָס מויד-לײַב, אָבער ווארט צו, באלד װעסטו שוין געהאָלפן װערן. 


אָט דאָס באגעגעניש גנעסיעס מיט מאזשעווען און די טרייסט-רייד פון 
דער עלטערער דינסט זײַנען פאָרגעקומען פּונקט דעמלט, ווען מוישע מאש- 
בער האָט באמערקט אף אלטערן און אף גנעסיען דאָס, װאָס אויבן אין 
געזאָגט, און האָט, פון זײַן זײַט, וועגן דעם געהאט דעם געוויסן געשפּרעך 
מיט גיטעלען. 

גיטעלע האָט פריִער, אין גרויס צאר פונעם טוט פון איר טאָכטער, 
נישט געװאָלט הערן; אָבער נאָך דעם, װי איר מאן, וועמען זי איז גע- 
װוינט אין אלץ צו פאָלגן, האָט איר א רייד געטאָן וועגן אוילאַמעס, וועגן 
הויכע דראָכים און וועגן מיצוועס, וועלכע מע טאָר ניט אָפּלײגן, האָט זי 
נאָכגעלאָזט, נאָכגעגעבן, און די זאך, װאָס איז איר ערשט אזוי פרעמד 
געווען און אומעגלעך אפן געדאנק צו נעמען -- גלײַך נאָך שיווע, אינ- 
מיטן שלוישים, גאָר ריידן וועגן כאסענע, -- איז איצט, וועלנדיק ניט אָפּ- 
שטיין און גיין האנט-באיהאנט מיט איר מאן, בא איר רעכט געװאָר. 

-- מ'דארף זען, -- האָט מוישע מאשבער, נאָך זײַן ערשטן געשפּרעך 
מיט גיטעלען וועגן דעם איניען, א זאָג געטאָן, -- מ'דארף זען זי מעקא- 
רעוו זײַן, זי זאָל זיך אָנהײבן פילן װי אן אייגענע. 

ס'האָט טאקע ניט לאנג געדויערט, און נאָך דעם װי גיטעלע האָט די 
זאך נעענטער צום הארצן צוגעלאָזט, האָט זי, צוזאמען מיט מוישען, אין 
איינעם א טאָג, גנעסיען אין אלקער ארײַנגערופן, און נאָך לאנגן געוויינ- 
לעכן הין-און-הער, און נאָך שווערלעכן אויסגעפונען די נייטיקע ווערטער, 
װאָס מע געברויכט צו אזא, וועלכע שטייט אף פיל טרעפּ נידעריקער, און 
װאָס, איבער געוויסע אומשטענדן, מוז מען אים אין דער מישפּאַכע ארײי- 
נעמען און פארעכענען פאר אן אייגענעם, -- האָט זי צוזאמען מיט מוישע 
מאשבער זיך צו גנעסיען געווענדט און א זאָג געטאָן: 

-- ס'איז, װוי דו ווייסט, ביז אהער אין זינען ניט געלעגן, אָבער איצט 
גרייט זיך צו... זאָלסט אונדז גיין אין דערעך-האיאָשער... װועסט אונדז גע- 
רעכנט װערן פאר אן אייגן קינד. גיי, גנעסיע, אינגיכן רעכענען מיר פּרא- 
ווען כאסענע. 

גנעסיע איז ארויס פון אָט דעם געשפּרעך מיט גיטעלען און מוישע 
מאשבער אין יענעם אלקער מיט א פול פּאָנעם רויטס און א פולן בוזעם 


20 


בושע. זי האָט זיך געהאלטן פארן קאָפטל, גלײַך זי װאָלט מוירע געהאט, 
ס'זאָל זיך איר עפּעס ניט אויסשיטן, און אז זי איז ארײַן אין קיך צו דער 
עלטערער דינסט, האָט זי צו איר א פאל געטאָן און ארויס מיט א געוויין: 

-- הארצעניו!.. קרוינעניו! 

-- װאָסי? װאָס איז געשען? װער האָט דיך געטשעפּעט? װוער אָנגערירט? 

דעמלט האָט איר גנעסיע דערציילט, װאָס מוישע מאשבער און גיטעלע 
האָבן מיט איר נאָרװאָס אין אלקער גערעדט, דערבײַ האָט זי שטארק גע- 
ויינט און געכליפּעט און װי נאָכאמאָל די מײַסע מיטן שידעך איבערגע- 
לעבט. 

זי האָט געוויינט דעמלט, ווען זי האָט זיך באדארפט צום ערשטן מאָל 
באשליסן, און איצט -- דאָס צווייטע מאָל, װײַל באלד איז איר, וי אין 
אלקער אָפּגעשמועסט, פאָרגעשטאנען די כאסענע, און זי האָט נאָך אלץ ניט 
געװוּסט, װוער אלטער איז, ויַאזוי זי װעט זיך מיט אים פארבינדן און 
ויאזוי מיט אזא איר וועלט אויסלעבן. 


ס'איז איר שווער געווען צוערשט, ווען די עלטערע דינסט, וי מיר 
געדענקען, האָט זי גענומען צוריידן צום שידעך. זי האָט זיך געלאָזט, װײַל 
דער אינטערעס אָנצוקומען פאר א שנור אין אזא שטוב, א שמאלץ-גרוב, 
האָט איר די שײַן פון די אויגן פארשטעלט. אָבער דאָס הארץ האָט איר, 
וי דעמלט, אזוי אויך איצט, געשראָקן, װויסנדיק, װער אלטער איז געווען 
פריִער, און אויך אפילע די לעצטע צײַט, ווען ער איז שוין קלאָמפּערשט 
געזונט. 

-- הארצעניו! קרוינעניו! -- האָט זי איצט פאר דער עלטערער דינסט 
געכליפּעט. -- כ'האָב מוירע... כ'ווייס ניט, אף װאָס פאר א וװעלט איף 
בין... װוּהין גי איך און װאָס טו איך... 

די זאך איז שוין אָבער געווען פארפאלן. װי דער עלטערער דינסט 
האָט ניט געשקראבעט דאָס מײַזעלע פון כאראָטע, ווען זי האָט זיך ארומ- 
געקוקט, אז זי האָט עפשער טאקע, מעגלעך, א נארישקײַט געטאָן, גנעטיען 
צום שידעך צוצוריידן, איז שוין אָבער דער שידעך געווען שידעך, און 
צוריקכאפּן שוין שפּעט. זי האָט דערום, װי אן עלטערע און װי אזא, װאָס 
איז א ביסל שולדיק אינעם גאנצן איניען, אליין ניט זיכער, דאָך זיך גע- 
מאכט הארץ: 

-- מאך זיך ניט נאריש, -- האָט זי קלאָמפּערשט אף גנעסיען גענומען 
אָנשרײַען, -- װאָס פאר א וויינען אינמיצקעדרינען? זע, גלײַך מע וויל זי 
קוילען! מע װויל דיך כאסענע מאכן! איז װאָס, ווילסט ניט? 


-- ניין, יאָ, -- האָט יענע ויינענדיק געענטפערט, -- אָבער כ'האָב 
מוירע. 


-- מוירע? נו, איז לייען קרישמע, צערײַס דעם סטאָן.. װאָס האָסטו 
מוירע, אז א פּרינץ זאָל דיך ניט אויסכאפּן, אָדער די יאטקע-הינט זאָלן 
דיר דאָס זײַדענע קלייד ניט צערײַסן?.. 

דאָס איז זי אף גנעסיען אזוי שטרענג אָנגעפאלן -- ערשטנס, קעדיי 
יענער, גנעסיען, די געדאנקען צו פארשלאָגן, און צווייטנס, קעדיי א ביסל 


21 


צו פארשרײַען אויך איר אייגענעם געוויסן, וועלכער האָט זי געטאָטשעט 
און אף איבערטראכטערישע מאכשאָװעס געשטויסן. 

פּאמעלעך, פּאמעלעד האָט זיך אָבער גנעסיע אויך איצט בארויַקט, זי 
האָט נאָכן געשפּרעך מיט מוישע מאשבער און מיט גיטעלען אין אלקער זיך 
געלאָזט ארײַנרופן אויך פון יודעסן, פון מוישע מאשבערס עלטערער טאָכ- 
טער, און פון איר, װי שוין א שטיק אייגענע, אופגענומען װערן, און זיך 
לאָזן אייצען פון יענער, װיַאזוי זי זאָל זיך נעמען גרייטן צום שנײַדער, 
װאָס װעט זיך די טעג באװײַזן איר נעמען א מאָס אף כאסענע-קליידער. 

זי האָט זיך געלאָזט, גנעסיע, דערבײַ האָט זי זיך גאָר שטארק גע- 
רויטלט, צוהאלטנדיק זיך פארן קאָפטל, מאכמעס זי האָט זיך געפילט ניט 
איבעריק פרײַ מיט יודעסן, און מאכמעס יענערס אייצעס זײַנען איר אראָפּ- 
געגעבן געװאָרן װי פון א לייטער, נישט געקוקט דערוף, װאָס יודעס האָט 
זיך געפּרוּווט האלטן מיט איר, װי א גלײַכע צו א גלײַכן. 

יאָ, יודעס האָט זיך געמיט און אלץ פאָרגענומען, קעדיי טאטע-מאמע 
צוליב טאָן, װי אויך צו טאָן, װאָס זי האָט אליין געהאלטן פאר נײיטיק. 
זי האָט פארשטאנען, אז פון אלטערס וועגן, פאר אזא פּארשוין אין אזא 
לאגע, מוז מען זען פון דער אייגענער, הויכער מײַלע אראָפּנידערן, ביז 
אפילע זיך שטעלן אף איין ברעט מיט גנעסיען -- זי מעקארעוו זײַן און 
איר געבן א מער ברייטערן ארײַנגאנג אין דער מישפּאַכע און אין איר 
ייִכעסדיקן שטאנד. זי האָט זיך געמיט, יודעס, װי אלע אנדערע אין שטוב, 
וי אפילע די איידעמס, װאָס אז זיי האָבן זיך די לעצטע טעג דערװוּסט 
פונעם שידעך און פון דער פאָרשטייענדיקער כאסענע, האָבן זיי גענומען 
קוקן אף גנעסיען פיל מילדער און קרויווישער און נישט ארױיסװײַזן דעם 
גרויסן אונטערשייד, װאָס האָט זיי געהאלטן ביז אהער אזוי װײַט אָפּגע- 
טיילט פון איר, װוי געוויינלעך, פון א דינסט. 

יאָ, אלע. מ'האָט שוין, פארשטענדלעך, דעמלט ניט געקוקט אויך אף די 
קורצע מעזומאָנים, און אף וויפל נאָר די קאסע האָט דערלויבט, האָט מען 
ניט געציילט, ניט געקארגט, זיך געלאָזט קאָסטן, און אין די נאָענטע טעג, 
נאַכן געשפּרעך פון מוישע מאשבער מיט גיטעלען און פון זיי ביידע מיט 
גנעסיען, האָט מען געלאָזט רופן אי מענערשע, אי װײַבערשע שנײַדער. 
און נאָך דעם, וי מ'האָט זיי באוויזן די אײַנגעהאנדלטע סכוירע אף די 
קליידער, און נאָך דעם, װי מ'האָט מיט זי אויסגענומען, אז די באשטעלונ- 
גען מוזן אויסגעפארטיקט װערן װאָס שנעלער,--איז מען צוגעטראָטן 
כאָסןיקאלע די מאָס אראָפּצונעמען. 

די מאָסן זײַנען גענומען געװאָרן אין צוויי פארשיידענע אלקערס -- 
אין איין אלקער דער קאלע, גנעסיען, און אין צווייטן -- אלטערן. 

צו גנעסיען איז גערופן געװאָרן יעשיַע כאָסיד, א שטארק-פרומער שנלי- 
דער, מיט א זויבערער, פּײַןיגעקעמטער באָרד, שטענדיק אינעם שאבעס- 
דיקן היטל און קאפּאָטע, וועלכער נעמט קינמאָל אליין קיין מאָס ניט -- 
ניט נאָר מאכמעס מוירע זיך אָנצורירן אין װײַבער, נאָר אויך אפילע אף 
זי א קוק טאָן, ווען זיי מוזן זיך פאר אים װײַזן עטװאָס נאקעטלעך אנט- 
בלויזט: און װאָס צוליב אָט דעם צוועק, צוליב נעמען א מאָס, פלעגט ער 


592 


קיינמאָל ניט קומען אליין, נאָר מיטברענגען מיט זיך אן עלטערן שניַ- 
דער-יונג, א פאכמאן, און יענער פלעגט מעסטן, און יעשיַע פלעגט נאָר 
וועןיניט-ווען כאפּן א קוק הינטן-ארום אף זײַן יונגס מעלאָכע, און בעשאס- 
מײַסע פלעגט ער פירן אן אָנשטענדיקן שמועס מיט די באלעבאטים די 
באשטעלער און אויך פארשרײַבן אין זײַן שנײַדעריביכעלע אף צו גע- 
דענקען די לענג, ברייט אאוו. פון די מאלבושים. 

אויך דאָס מאָל איז יעשיַע נישט געקומען אליין, נאָר מיט א יונג, 
און יענער, אז ער איז צוגעטראָטן נעמען א מאָס דער גנעסיען און, וויסג- 
דיק, װאָס דאָ אין שטוב קומט פאָר און װאָס דאָס איז פאר א סאָרט קאלע, 
האָט ער זיך דערלויבט א ביסל פרײַער צו האלטן, װי מ'האלט זיך גע- 
וויינלעך מיט א באלעבאטישער אָדער גווירישער טאָכטער, וען אן אי- 
בעריקער ריר איז פארבאָטן, װײַל יעדער שטיקל לײַב איז בא זיי ניט צום 
אָנרירן... ניין, דאָ האָט זיך דער יונג דערלויבט, אי באם אופהייבן די 
הענט, װוען ער האָט באדארפט מעסטן פון אונטער די פּאכוועס, אי באם 
הויכן בוזעם, ווען ער האָט איר געמאָסטן דעם פון פֿאָרנט, און אזוי װײַ- 
טער אויך אנדערע ערטער, װי די קלובעס און דעם רוקן, ווען ער האָט 
זיך דערלויבט א ביסל מיט די הענט זיך לענגער פארהאלטן און א מער 
נעענטערן גלעט טאָן -- קלאָמפּערשט נייטיק צו דער מאָס, אָבער אינ- 
דערעמעסן, אין זינען האָבנדיק, אז װוען ער װעט קומען אהיים, זאָל ער 
האָבן װאָס צו דערציילן און פאר די איבעריקע שנײַדער-יונגען זיך בא- 
רימען... 

גנעסיע האָט די גאנצע צײַט בייס דער מאָס נעמען, װאָס איז פאָרגעקו- 
מען אין דער אָנװעזנהײַט פון גיטעלען און אויך פון איר אייגענער -- פון 
דער עלטערער דינסט, -- זיך געפילט שלעכט, געענגט און צעמישט. טרערן 
זײַנען איר געשטאנען אין די אויגן... אלעמאָל, ווען יעשיַעס שנײַדער-יונג 
האָט זיך דערלויבט זי נאָענט אָנצורירן, האָט זי זיך געכאפּט פארן קאָפטל, 
אופציטערנדיק, און מיינענדיק, אז דאָס יל איר טאָן מאזשעווע עפּעס 
אומאָנשטענדיק... די אויגן זײַנען איר געווען פארצויגן, נישט זעענדיק קיי- 
נעם, נישט גיטעלען, און אפילע אויך נישט די עלטערע דינסט, װאָס איז 
איר געווען אמנאָענטסטן, נאָר װי דורך א דין שלייערל האָט זי, שטייענ- 
דיק אנטבלויזט און שרעקנדיק זיך פאר איר הױלקײַט, געזען פאר זיך אים, 
מאזשעווען, וועלכער רופט זי הינטערן טויבן טויער ארונטער... 

גיטעלע האָט די גאנצע צײַט, בייס דער שנײַדער-יונג האָט זיך מיט 
גנעסיען געפּאָרעט, נישט געקוקט אף איר, וי אף א צו געזונטער און פול- 
לײַביקער, װאָס סע שפּארט פון איר דורך אלע נעט, און װאָס אף אזא איז 
אפילע פאר א פרוי נישט אָנשטענדיק צו קוקן... זי האָט אוועקגעקוקט פון 
גנעסיען און האָט נאָר געהאלטן אין איין ארומשפּרעכן מיט יעשיִען, דעם 
הויפּטישנײַדער, די פארשיידענע מאָדעס און פאָדערונגען, וועלכע זי האָט 
צו אים ארויסגעשטעלט. יעשיַע האָט פארשפּראָכן, און בעשאס-מייסע האָט 
ער, נישט קוקנדיק אף קיינעם פון די װײַבער, פארשריבן דאָס, װאָס זײַן 
באלמעלאָכע-יונג האָט, מעסטנדיק, אים דיקטירט אף צו פארצייכענען אין 
זײַן ביכעלע, 


23 


און אזוי איז דעמלט אין קאלע-אלקער פאר גנעסיען די מעסט-מעלאָכע 
אָפּגעטאָן געװאָרן, און אזוי אויך אינעם צוייטן אלקער, אין זעלבן טאָג, 
דורך אן אנדערן שנײַדער -- פאר אלטערן. 

אהין איז גערופן געװאָרן גערשן דער ליטוואק, אָדער גערשן סטאָגליץ, 
װי מע האָט אים גערופן. א קליין נישטיק שנײַדערל, שוין אף דער עלטער, 
האלב טאם, האלב נאר, מיט רויטע קאליע אייגעלעך, מיט א דין פּישטשענ- 
דיק קעלעכל, װאָס האָט אלעמאָל ארויסגערעדט א סין אָנשטאָט א שיף 

בא קיין פאָרנעמע און רײַכע האָט ער קײינמאָל קיין באשטעלונגען ניט 
באקומען, אָבער ער איז בא זיך ניט אראָפּגעפאלן, האלטנדיק, אז ער, 
גערשן, קאָן ניט ערגער פון אלע אנדערע, װאָס נייען יאַָ פאר רײַכע, װײַל 
ער נייט, װי אלע בעסטע, נאָר סטאָגליץ. װאָס איז דאָס אזוינס סטאָגליץ -- 
האָט ניט געװוּסט קיינער, אויך ניט ער אליין, נאָר געמיינט האָט דאָ גערשן, 
דאָס צוגעשלאָגענע שנײַדערל, געוויס: ערשטער סאָרט און לעצט-װאָרטיקע 
איער מאָדע. 

ער האָט טאקע געמאכט , סטאָגליץ", נאָר אָפּט פלעגט בא אים דער קאָל- 
נער צופיל אָפּשטײן, און אמאָל אויך צופיל ארופקריכן; אמאָל דער סטאָן 
פון דער קאפּאָטע צי פון א בורנעס קירצער פון הינטער-טייל, און אמאָל 
פארקערט -- דער הינטעריטייל קירצער און דער סטאָן לענגער: אָבער 
ס'מאכט ניט: אהער, צו אלטערן, איז אויך גערשן געווען נישקאָשע. מ'האָט 
באדארפט מאכן אי ביליקער, אי שנעלער און נישט אָנהייבן זיך מיט די 
מער-באװוּסטע שנײַדערס, װאָס זײַנען אי יאקראָנים, אי זיי האלטן קיין 
װאָרט ניט, האלטן לענגער. 

בא אלטערס מאָס נעמען איז בײַגעװען אליין נאָר מוישע מאשבער, 
וועלכער האָט האלב אופמערקזאם, האלב צעשטרײַט צוגעקוקט, װי גערשן 
דרייט אלטערן אין אלע זײַטן, בייגט זיך אראָפּ, הייבט זיך אוף, און דאָס 
עלטערלעכע ביסל בלוט קומט אים אין פּאָנעם און אין די קאליע אויגן 
פארשרײַבט אין שנײַדער-ביכעלע מיט א קאָטשערעוואטער שנײַדער-קסי- 
ווע, װאָס ער האָט, קלוימערשט, נייטיק און װאָס, קומענדיק אהיים, װועט 
ער געוויס פארגעסן און זיך שוין באגיין אָנעם פארשריבענעם.. 

קוקנדיק אף גערשנס מעלאָכע, האָט מוישע מאשבער אי האלב ערנסט 
מיט אים גערעדט, אי האלב אפילע אונטערגעשמייכלט, אָבער דעריקער 
האָט ער בא אים, נאָך אלע שנײַדערשע טועכצן, געפאָדערט, ער זאָל זען 
מאכן װאָס בעסער און נאָך מער דעריקער -- װאָס גיכער, און דערוף האָט 
אים גערשן מיט זײַן פארציאפּעטן ליטװישן לאָשן און מיט דער סין אָנ- 
שטאָט דער שין אָפּגעענטפערט: 

-- יע, געוויס. מ'פארספּאָרט אים זאָגן. מ'פארסטייט אליין: סטאָגליץ. 
און װאָס סנעלער. 

און די ארבעט איז אוועק, ביידע שנײַדער האָבן זיך געמיט, און באלד 
גלײַך, די נאָענטע טעג, האָט מען שוין געבראכט די קליידער אף דער ער- 
שטער פּראָבע אי דעם כאָסן, אי דער קאלע, װאָס ביידע זײַנען דערפון, 
יעדערער אין זײַן אלקער, װי אין טשאד געווען. מע האָט דאָס געזען מאכן 
אפגיך, און בא דער ערשטער מאָס האָט מען די שנײַדער ווידער אונטער- 


0244 


געײַלט -- סײַ גיטעלע יעשיַע כאָסיד, סײַ מוישע מאשבער דעם ליטװישן 
גערשן -- זי זאָלן זען װאָס גיכער די ארבעט ארויספארענדיקן. 

מ'האָט נאָך געטאָן -- און אויסער די שנײַדער האָט מען באלד גענומען 
אויך אנדערע זאכן צו באזאָרגן, װי אלטערן א טאלעס, לעמאָשל, צוליב 
וועלכן מ'האָט גערופן איינעם א ייִדן, אָשער טאלעסניק, וועלכער האָט אָנ- 
געבראכט אין שטוב א שארפן, הארב-טערפּיקן רייעך פון עסיק און פון א 
מין צוגעלעגערטן קעז, װאָס ס'האָט אראָפּנעשמעקט אי פון אים אליין, אי 
פון זײַן װײַסיפרישן, נאָרװאָס פון דער זאלע ארויסגענומענעם טאלייסים- 
פּאק. 

ווען די טעג פון דער כאסענע האָבן זיך דערנעענטערט און ווען אלץ 
איז שוין געווען פארטיק פון וועש, קליידער און אנדערע זאכן, האָט מען 
אויך צו דער קאלע, צו גנעסיען, װאָס זי האָט געקענט קנאפּ איוורע און 
האָט מיט גרויס שװעריקײַט געלייענט אין סידער -- צוגעשטעלט עסטער" 
ראָכלען, יענע פרומע קרויווע, וועלכע מיר האָבן שוין אויבן דערמאָנט, 
זי זאָל מיט איר אײַנשטודירן די געוויסע װײַבערשע דינים, װאָס יעדע 
ייִדישע טאָכטער דארף אומבאדינגט וויסן, ווען זי גייט כאסענע האָבן. 

יענע, עסטער-ראָכל, האָט מיט איר צוערשט אײַנגעלערנט די בראָכעס 
פון ליכט-בענטשן און כאלע-נעמען; דערנאָך האָט זי זיך מיט גנעסיען אין 
אן אלקער אָפּגעשלאָסן, האָט גענומען דעם װײַבערשן , קאָרבן-מינכע" 
אופגעמישט דאָס אָרט, װוּ ס'געפינט זיך דער , מעין טהור" -- דער ריינער 
קוואל, הייסט עס -- און איר פון דאָרט ארויסגעלייענט די רעגעלן און 
געבאָטן, װאָס א פרוי דארף אָפּהיטן, ווען זי איז מיטן מאן צוזאמען, און 
ווען -- ניט, ווען זי איז אָפּגעשײדט פונעם מאן.. אלץ ארויסגערעדט אָפן 
און אָנגערופן באם נאָמען אזוינע זאכן, אז גנעסיע האָט זיך ארומגעקוקט 
אין אלע זײַטן, צי זעט ניט קיינער, צי הערט ניט קיינער, און אויסהערנ- 
דיק וועגן אלעם יענעם, האָט זי זיך גערויטלט, זיך געדרייט און רויַק אפן 
בענקל ניט געקאָנט אײַנזיצן. 

מ'האָט באלד אין איינעם אן אפדערנאכט, אייניקע טעג פאר דער כא- 
סענע, אויך געשריבן טנאָיִם, אין דער אָנװעזנהײַט פון גאָר װײיניק מענטשן, 
אמערסט אייגענע, אָן איבעריקן ראש און געוויינלעכע צערעמאָניעס. 

און אָט איז די כאסענע. 


די קאלע איז פריִער מיט א טאָג איבערגעענטפערט געװאָרן צו עסטער- 
ראָכלען און דער עלטערער דינסט, וועלכע האָבן זי גענומען ייִדישלעך 
באארבעטן -- זי פירן אין באָד און אין מיקווע, װוּ זי האָבן זי, װי דער 
שטייגער, איבערגעגעבן צו די טוקערנס, און יענע האָבן איר גענומען 
שנײַדן די נעגל פון די הענט און פיס, זי טויוולען און שרײַען: ,קאָשער! 
קאָשער!" פאר א געוויס געצאָלטס, אף ועלכן זיי האָבן אויסגעשטעלט, 
אָבער אכוצן געצאָלטס, האָבן זיי, די טוקערנס, איר װײַס-געשפּיקעװעט 
לײַב באװוּנדערט, און בא איר ארײַן און ארויס פון טווילע האָבן זיי זיך 
איינס דאָס אנדערע װײַבעריש-געניט אונטערגעװוּנקען, ס'הייסט: אזא יאָר, 
אזא מאזל און אזא אויצער אף אלע מאנען!.. 


09 


גנעסיע האָט זיך געלאָזט טאָן, װאָס מ'טוט א קאלע, נישט אויסגענומען 
גאָרנישט, נאָר אז זי האָט זיך דערזען נאקעט, אויסגעוואשן און דורכגע- 
זויבערט, האָט זיך איר דער קאָפּ פארדרייט פון איר אייגענער לײַביקער 
געדולע. 


און דאָס זעלבע, װאָס פריער א טאָג האָבן געטאָן די װײַבער מיט דער 
קאלע -- זי געפירט אין באָד און מיקווע, האָט שפּעטער א טאָג, אינעם טאָג 
פון דער כופּע, געטאָן מיטן כאָסן, מיט אלטערן, אליין מוישע מאשבער, 
וועלכער האָט, װי אן עלטערער ברודער, דאָס געהאלטן פאר זײַן כויוו. 


דעם טאָג פון דער כופּע האָבן כאָסן-קאלע, װי ס'פירט זיך, געפאסט. 
גנעסיע האָט זיך געלאָזט פון עסטער-ראָכלען און פון דער עלטערער דינסט 
אָנטאָן, פארפּוצן און צוקלײַבן. און אלטער איז פון זײַן ברודער מוישע 
אין א באזונדער אלקער געבראכט געװאָרן, װוּ נאָך דעם, װוי אלטער האָט 
אָפּגעזאָגט דעם ,אל-כעט? און זיך אויסגעוויינט אף זײַן נישט געראָטן לעבן 
פון ביז אהער, און נאָך דעם, װי ער האָט, װי ס'פירט זיך, די פארשטאָר- 
בענע פאָטער און מוטער דורך געוויסע טפילעס אף זײַן אייגענער כאסענע 
אײַנגעלאדן, -- איז נאָך דעם אלעם האָט מוישע מיט אים נאָך מער אָפּגע- 
זונדערט באדארפט בלײַבן, קעדיי אים איבערצוגעבן האלב פארשטעלט אין 
קורצע װוערטער דאָס, װאָס עסטער-ראָכל האָט פאר גנעסיען פון ,קאָרבן- 
מינכע? ארויסגעלייענט, דאָס מיינט מען, ,דברים שבין איש לאשתו" -- 
וויאזוי מ'דארף זיך אופירן באם צוזאמענלעבן מיט דער פרוי און אויך ווען 
מ'דארף זיך פון איר אָפּשײדן. 

דערבײַ איז אלטער שטארק בלאס געװען, אי פון זײַן קרענק, אי 
פון טאָנעס, און האָט נישט געהערט קימאט װאָס מע זאָגט אים, ביז מ'האָט 
אים גענומען אָנטאָן די כאסענע-קליידער, און פון אויבן, אף זיי, דעם 
װײַסן קיטל, װי א העמד מיט ברייטע ארבל, װאָס פון דעם האָט ער נאָך 
בלאסער אויסגעזען, שוין א האלבער מעס קימאט. 


ער האָט דעמלט א פאל געטאָן פריִער צו מוישען זײַן ברודער, דערנאָך 
צו לוזין, וועלכער איז אויך בײַגעװען באם כאסענע-פּוץ -- אָן ווערטער, 
נאָר מיט זײַן שטיל-בלאסן פּאָנעם, און מער האָט ער נישט געהאט נישט 
דעם ערשטן, מוישען, צו זאָגן, װי אויך נישט דעם צוייטן -- לוזין, װי 
נאָר די ווערטער: , לוזי... מוישע... ברידער...* און װער ס'װאָלט דעמלט אָט 
די קורצע, שטומע סצענע בײַגעװען, װאָלט גלײַך געקאָנט מערקן, אז קיין 
איבעריקן נאכעס איז פארן כאָסן אליין פון דער כאסענע ניט צו ווארטן, 
וי אויך ניט פאר די, װאָס רינגלען אים איצט ארום און ווילן אים זען 
כאָטש א קליין ביסעלע א באגליקטן... 

ידאָס זעלבע, אן ערעך, איז פאָרגעקומען אויך אינעם צוייטן אלקער, 
בייסן קאלע-פּוץ, ווען בא עסטער-ראָכלען און בא דער עלטערער דינסט, 
וועלכע האָבן זיך געפּאָרעט בא דער קאלע, זײַנען די גאנצע צײַט געשטא- 
נען טרערן אין די אויגן, און די קאלע אליין, גנעסיע, איז אז זי האָט 
זיך דערזען אינגאנצן א פארטיקע, אן אױיסגעפּוצטע, האָט זי מיטאמאָל א 
פאל געטאָן צו דער עלטערער דינסטס ברוסט מיט אן אויסגעשריײי: , מא- 


מעניו, הארצעניו!? װאָס האָט באטײַט פארלױירנקײַט און נישט וויסן, װאָס 
דער מאָרגעדיקער טאָג װעט איר ברענגען. 

די כאסענע איז געפּראװעט געװאָרן, װי אלע שטוביקע כאסענעס, ווען 
איבער געוויסע סיבעס קאָן מען ניט אָדער מע ויל ניט זיי ארויספירן 
אין דער עפנטלעכקײַט, אין א ספּעציַעלן כאסענע-זאל, קעדיי קיין איבע- 
ריקן ראש נישט מאכן. ' 

מ'האָט אײַנגעלאדן נאָר א קנאפּ ביסל מענטשן, אי דאָס אויך ניט פון 
קיין נאָענטע: ניט קיין מארקימענטשן, אויך ניט פונעם קלויז, װווּ מוישע 
מאשבער האָט געדאוונט, נאָר א קליינעם מיניען, אָדער עטװאָס מער, 
פרעמדע, און זע, מאָדנע -- אזוינע, װאָס האָבן צו מוישע מאשבער און 
צו זײַן שטוב גאָר קיינמאָל קיין שײַכעס ניט געהאט, און דעהײַנע -- גאָר 
פון די לוזיײײלײַט א מיניען. 

גיטעלע און די שטוב-לײַט האָבן זיך געהאלטן אי װוי מעכוטאָנים, אי 
װוי אוויילים, באזונדערס גיטעלע און יודעס, װאָס איידער זיי האָבן זיך 
באדארפט אָנטאָן צו דער כאסענע, האָבן זיי דאָך באדארפט אױסטאָן די 
שווארצע פארטעכער, און װי נאָר די כאסענע װעט זיך ענדיקן, װעלן 
זיי װוידער זיי דארפן אָנטאָן. 

ס'איז דאָך געווען ערשט נאָך ,שלוישים". פארשטענדלעך, אז קיין אי- 
בעריקע פרייד איז ניט געוװוען צו זען אף קיינעם פון די שטוב-לײַט, װי 
אויך נישט אף מוישע מאשבער אליין, װאָס ער האָט אלץ, װי עפּעס אין 
א כאָלעם, געײַלט, סײַ פריַער מיטן כאסענע מאכן, סײַ איצט מיט דער 
כופּע, ווען ער האָט דעם אײַנגעלאדענעם באדכן זיך ניט געלאָזט צעגיין, 
נישט באם באזעצן דעם כאָסן, װי אויך באם קאלע באזעצן, און אויך די 
קלעזמער, דאָס קליינע אָרעמע ביסל, װאָס איז אײַנגעלאדן געװאָרן, האָט 
ער קיין איבעריקס ניט געלאָזט שפּילן, נאָר סאמע דאָס נייטיקסטע, און 
גלײַך האָט ער אופגעפאָדערט דעם שאמעס, ער זאָל ארויס מיט די שטאנ- 
גען, װי אויך דעם כאזן, ער זאָל װאָס גיכער מעסאדער-קידושן זײַן. 

מ'האָט אזוי געטאָן, דערנאָך איז פאָרגעקומען די וועטשערע, בא וועל- 
כער ס'איז בײַגעװען מעשולעם דער שאדכן, און װאָס אים, וועלכער האָט 
אויסגעפירט דעם שידעך, איז איצט ניט געװען אויסצומידף 

ער האָט זיך דאָס מאָל געפילט בא מוישע מאשבער אין שטוב גאָר-גאָר 
היימיש, מאכמעס די קאלע האָט ניט געהאט קיין עלטערן, קיין אייגענע 
און קרויווים, אויסער די איר נאָענטסטע דינסט, און דערום האָט זיך ער, 
מעשולעם, געהאלטן װי אזא, װאָס פארבײַט טאטע-מאמע. 

ער האָט לעקאָװעד אָט דער הײימישקײַט ארײַנגעכאפּט אן איבעריק ביסל 
מאשקע, פון וועלכן זײַן פּענעמל, װאָס איז אזוי אויך רויט געוען, איז 
נאָך מער רויט געװאָרן און זײַן װײַס בערדעלע האָט זיך איצט נאָך מער 
װײַס אויסגעטיילט. זײַן פוטערן מיצל האָט זיך אים שטארק צעשוויצט, און 
ווען ער האָט דאָס געװאָלט אראָפּנעמען און בלײַבן אין דער יארמעלקע, װי 
ער טוט געוויינלעך, האָט ער דאָס מאָל מער וי געוויינלעך געהאַָרעװעט, 
זי אָפּצוטײלן איינס פונעם אנדערן;: דערפאר אָבער, װען דאָס אין אים 
געראָטן, האָט ער זיך אװעקגעלאָזט אין א טאנץ -- שיקערלעך-נאריש 


27 


ת) 


און שאדכאָניש-אומבאהאָלפן -- אזוי, אז ווען אן אנדערש מאָל, ווען ס'איז 
א ביסל מער אופגעלייגט אפן הארצן, װאָלט מען, זעענדיק אזא איינעם 
אזוי טאנצן, געוויס זיך צעלאכט, מ'װאָלט אים אָפּגעפירט אין א זײַט און 
זיך אים געהייסן זעצן... 

איצט האָט מען אים געלאָזט. ס'האָט אָבער אויסגעזען גענוג מעשונע 
מעשולעמס טאנץ, וועלכן ער האָט דורכגעפירט האלב פארשלאָפן, מיט צו- 
געמאכטע אויגן און מיט עפּעס ציגן-באָקישע טנועס און האװײַעס; װוי מע- 
שונע ס'האָט אויסגעזען דער גאנצער ארום, און װי, פאר אלעמען, אליין 
די כאָסן-קאלע, וועלכע מ'האָט גלײַך נאָך דער כופּע באזעצט איינס לעבן 
איינס, און װאָס אז זיי האָבן איצט געגעסן, װאָס מ'האָט זיי דערלאנגט 
נאָכן טאָנעס, האָבן זיי זיך קיין װאָרט ניט געזאָגט, זיך װי אונטערגעװאָרגן 
און אין פארשיידענע זײַטן געקוקט. 

מעשונע האָט אויך אויסגעזען דאָס, װאָס גיטעלע האָט דאָס מאָל געלאָזט 
לעבן זיך באזעצן די עלטערע דינסט, וועלכע איז געווען דער קאלע אמ- 
נאָענטסטן; מעשונע אויך דאָס גאנצע קנאפּ-ביסל אוילעם, װאָס איז בא- 
שטאנען פון אן אָנדערהאלבן מיניאָנים לוזי-לײַט, וועלכע מוישע מאשבער 
האָט דורך לוזין געלאָזט אײַנלאדן, װײַל קיין נעענטערע, קיין מער היימי- 
שערע און אזוינע, װאָס נעמען באשטענדיק אָנטײל אין מוישע מאשבערס 
סימכעס, איז מען דאָס מאָל ניט גערן געווען, טאקע װײַל היימישע, טאקע 
װײַל באשטענדיקע, קעדיי קיין אייגענע אויגן זאָלן דאָ, אף דער מעשונע- 
דיקער כאסענע, ניט קוקן מעשונע. 

מעשונע האָט אויך אויסגעזען דאָס, װאָס אז די לוזײילײַט האָבן גע- 
װאָלט כאָסן-קאלע דערפרייען, האָבן זיי זיך אװעקגעלאָזט אין א טאנץ-- 
אין אזא, װאָס די ווענט פון מוישע מאשבערס שטוב האָבן קיינמאָל ניט 
געזען -- אזא ענגע געשלאָסנקײַט, מיט קעפּ אזוי הויך פאריסן, אָדער אזוי 
טיף צו דער ערד אראָפּגעלאָזט, װי זיי װאָלטן געװאָלט הימל און ערד 
מיט זייערע בליקן פארייניקן, 

מעשונע אויך, װאָס נאָך דעם, װוי די לוזי-לײַט האָבן אָפּגעטאנצט, זײַנען 
ארויס אויך מוישע מאשבער און לוזי צום טאנץ. מוישע, נישט געקוקט, 
װאָס אָװול, האָט דאָך געװאָלט אלטערן מעסאמייעך זײַן, און לוזי האָט 
מוישען ניט געװאָלט לאָזן אליין און האָט באשלאָסן מיט אים מיטצו- 
גיין? 

ס'איז געווען א מאָדנע בילד צוצוקוקן, ווען זי ביידע זײַנען זיך איינס 
דעם אנדערן אין א ראָד נאָכגעגאנגען -- פריִער מוישע פאָרויס און לוזי 
הינטער אים, און דערנאָך לוזי פאָרויס, האָבנדיק הינטער זיך מוישען, און 
די גאנצע צײַט האָבן זיי זיך קימאט מיט די פּענעמער באגעגנט. 

ס'איז אויך מאָדנע געווען, װי נאָך אָט די צוויי זײַנען ארויס גיטעלע 
מיט דער עלטערער דינסט, װוי צוויי גלײַכע מעכוטענעסטעס, ווען גיטעלע 
האָט זיך געפירט מיט יענער, בעשאס-מײַסע, מײַסע איר-גלײַכן, טאנצנדיק 
איר אנטקעגן, און נישט ארויסגעוויזן קיין מינדסט פון איר מער-יַכעס 
און העכערן גראד, און װאָס דערפון האָט בא יענער, בא דער דינסט, זייער 
און זייער דאָס פּאָנעם געפלאמט, און זי האָט, בייסן טאנצן, מיט דער יאָמ- 


9324-9 598 


טעוודיקער פאטשיילע, װאָס זי האָט געטראָגן לעקאָװעד דער סימכע, זיך 
אלע װײַלע די אייבערשטע ליפּ געווישט... 

ס'האָבן דערנאָך געטאנצט אויך עסטער-ראָכל מיט יודעסן.. עסטער- 
ראָכל מיט איר לעדערנעם פּאָנעם פון לאנגער דאכקעס און פון ניט האָבן 
קיין ברויט צו זאט, וועלכע מ'נוצט אויס, װי געזאָגט, אין א פאל, כאָלילע, 
בא שלאפקײַטן, בא א מעס פארן אָפּהײיבן אָדער בא א כאסענע -- וען 
געוויינלעך -- נאָר אף אכטונג געבן אף די סארווערס, און ווען נישט גע- 
וויינלעך, װי איצט דאָ, בא אלטערן מיט גנעסיען, -- אף צו נעמען א מער 
טיכטיקערן אָנטײל, וי צו לערנען מיט דער קאלע די װײַבערשע דינים, 
וי דערנאָך זי צו פירן אין באָד און אין מיקווע, און איצט, בא דער כופּע- 
וועטשערע -- צו טאנצן מיט איינעם פון די בניי-באיס, װי איצט מיט יו- 
דעסן. זי האָט געטאנצט שטיל, קיין איין אָדערל אין פּאָנעם האָט זיך איר 
אין פארלעדערטן פּאָנעם ניט געביטן, גלײַך װי קיין איין שטראל סימכע 
האָט שוין צו איר אינװײיניק ניט געקאַנט ארײַנדערלאנגען, נאָר דערפאר 
אָבער אף אירן אן אייגענעם אויפן פריילעך, װאָס האָט זיך אויסגעדריקט 
אין עכטער שטילקײַט, װאָס איזן עפשער העכער און פיל-באדײַטנדיקער 
פון אלערליי אנדערע ליארעמדיקע סאָרטן סימכעס. 

ס'איז דערנאָך אויך ארויס איר מאן, מוישע אײַנבינדער, װאָס קיינמאָל 
לאדט מען אים נישט אײַן אף קיין כאסענע, און ווען יאָ -- קומט ער אליין 
נישט, נעמט ניט אָן די אײַנלאדונג, מאכמעס ער גלייבט און איז זיכער, 
אז קיינער נייטיקט זיך נישט אין אים, ער זאָל עמעצנס א סימכע באשיי- 
נען. דאָס מאָל אָבער איז ער אי גערופן געװאָרן, אי ער איז אליין געקומען, 
װײַל עפּעס האָט ער זיך דאָס מאָל געפילט נעענטער, בארעכטיקטער, אז 
אף אזא סאָרט סימכע זאָל אפילע ע ר זיך קאָנען אָנזען און זיך פארשפּאָרן 
שעמען און זיך דארפן אָפּרוקן אין א ווינקל מיט זײַן נידעריקן װוּקס, מיט 
זײַן אָרעםישמײכלענדיקן פּאָנעם און מיט זײַנע קויטיקלעכע הענט, װאָס 
לאָזן זיך ניט דערוואשן פון אײַנבינדערשן פּאפּ און קליי. 

ער האָט געטאנצט מיט מעשולעמען. יענער, מעשולעם, אין דער יאר- 
מעלקע, אָנעם מיצל, װאָס ער האָט זיך דערלויבט אױיסצוטאָן צוליב היי- 
מישקײַט, צוליב שאדכאָנישער געדולע און מאכמעס ער האָט שוין פיל, 
צופיל אויסגעטרונקען; און מוישע אײַנבינדער -- אים אנטקעגן, אינעם 
היטל, װאָס אן אנדערער װאָלט דאָס שוין געמעגט טראָגן אינדערװאָכן און 
ער האָט דאָס געהאט אף שאבעס, יאָמטעו און אויך אף כאסענעס, אף 
וועלכע ער איז קיינמאָל ניט גערופן און ניט אײַנגעלאדן געװאָרן. 

מעשולעם האָט געטאנצט שאדכאָניש-נאריש און שיקערלעך-צעפלאָסן, 
און מוישע אײַנבינדער -- שטיל, באשיידן און אזוי אָרעמזעליק, גלײַך ער 
װאָלט מוירע געהאט מיט זײַנע קאפּצאָנישע פיס דעם דיל צו באטרעטן. 

דערנאָך האָט לוזי, װי דער עלטערער, געטאנצט , פּויליש? מיט דער 
קאלע. גנעסיע האָט געהאלטן די רויטע פאטשיילע פאר איין עק, און ער 
באם צווייטן, און ער האָט זי געפירט, און בײיסמײַסע האָבן אלע אָנטײל- 
נעמער פון דער סימכע זיי ארומגערינגלט, צוקוקנדיק, װי לוֹזי טאנצט, 
פארשטייענדיק, אז אן אנדערש מאָל װאָלט ער אוואדע געקאָנט ארויס- 


509 


ווײַזן גרויס מײַסטערשאפט דערבײי, -- איצט אָבער האָט ער, לויט א װווֹנק, 
אפּאָנעם, פון זײַן ברודער מוישע, דאָס געמאכט בעקיצער, 

בעקיצער האָט מען אויך געמאכט אלע אנדערע זאכן, וועלכע זײַנען 
אף אנדערע כאסענעס, וי דער מינהעג פאָדערט, אײַנגעפירט. דאָ האָט מען 
זיי פארבויגן, 

מע האָט דאָ, לעמאָשל, קיין דראַשע-געשאנק נישט אויסגערופן, װײַל 
ס'איז נאָר געווען כאָסן-צאד, און קאלעסיצאד האָט דאָ קיינער, אויסער 
דער עלטערער דינסט, ניט פאָרגעשטעלט. אזוי אויך אנדערע זאכן, וי 
לעמאָשל: באזונדערע וויוואטן און טענץ לעקאָוועד פארשיידענע מעכוטאָ- 
נים... דאָ איז דאָס ניט געווען שײַעך. און מע האָט, קעדיי ניט צו באליידיקן 
די קאלע, אויך כאָסןיצאד מיט יענע ליארעמדיקע זאכן ניט באערט. מ'האָט 
געזען צו באצאָלן די קלעזמער, די קלייקוידעש, װי שאמעס, כאזן, אא., 
וועלכע האָבן די כאסענע באדינט, הינטן-ארום, וייס'ניט-אין, אָן שום 
אויסרופעניש און אָן שום הויך-אויסשרײַענדיקע קיבודים. 

און אזוי האָט מען די כאסענע פארענדיקט. דער אוילעם -- די לוזי- 
לײַט און אנדערע -- האָבן זיך שטיל געזעגנט און פריצײַטיק זיך צעגאנ- 
גען, און געבליבן זײַנען נאָר אייגענע, וועלכע מע האָט אויך אונטערגעײַלט, 
מע זאָל זיך יעדערער צעגיין אף נאכט, ווער װוּהין ס'דארף. 


בײיסמײַסע האָט עסטער-ראָכל און די עלטערע דינסט אין איינעם אן אל- 
קער פארגרייט א בעט און דערבײַ עפּעס געשפּראָכן איבער די קישנס און 
געזאָגט פארשיידענע זאָגעכצן, װאָס געהערן צום באלייגנס פון א יונג 
פּאָרפאָלק, וי דער מינהעג איז. 

און אָט איז אין שטוב שטיל געװאָרן, די שטוב איז אײַנגעשלאָפן... און 
דאָ װאָלט מען באדארפט, װי מע זאָגט, אראָפּלאָזן דעם פאָרהאנג און 
מער וועגן איבעריקן קיין װאָרט שוין ניט ארויסברענגען. 

אָבער, אזויווי מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אן אויסגענומענעם פאל, מיט 
אזא װי אלטערן, זײַנען מיר געצװוונגען אָנדײַטן אף א זאך, װאָס געווייג- 
לעך װאָלט מען דאָס פארהוילן... און נעמלעך, אז, װי ס'װוײַזט אויס, איז 
אין אָפּגעזונדערטן אלקער, צװישן יונגן פּאָרפאָלק, אין יענער נאכט אין 
אָפּגעזונדערטקײַט, פאָרגעקומען עטװאָס אומגעוויינלעכס... מירן זיך באנו- 
גענען מיט צוגעבן בלויז פאָלגנדעס: אז װאָס געהער אלטערן, האָט מען זיך 
אף אלץ געקאַנט ריכטן... 

און איצט נאָך א װאָרט: אינדערפרי, װען אלץ אין שטוב אין שטיל 
געווען און אין דרויסן האָט שוין אָנגעהױבן טאָגן, האָט זיך גנעסיע 
אופגעהויבן, זיך אָנגעטאָן, א ביסל זיך אין אלקער ארומגעדרייט, צו- 
נויפגענומען אירע זאכן און געמאכט א פּעקעלע: און װען די עלטערע 
דינסט, װאָס איז, װי געוויינלעך, געשלאָפן אין קיך, װאָלט ניט געװען 
אזוי מיד פון נעכטן, פון דער כאסענע, אזוי װאָלט זי געוויס דערהערט, 
װי פון שטוב איזן עמעצער דעמלט אין קיך ארײַנגעגאנגען, זיך דאָרט 
ארומגעדרייט א קליינע װײַלע און באלד שטיל די טיר געעפנט און אין 
דרויסן ארויס, 


230 


דאָס איז געווען גנעסיע, װאָס װוּהין זי איז יענעם פרימאָרגן, אן אָנגע- 
טאָנענע, פון מוישע מאשבערס שטוב אוועק, קאָנען מיר ניט זאָגן; צי צו 
באקאנטע, צי צו א דינסטימעקלערן, צי גלאט ערגעץ-ווּ צו בלאָנדזשען 
אָן א ציל -- ווייסן מיר נישט. נאָר דערפאר אָבער דעם אײַנדרוק פון 
איר פארלאָזן מוישע מאשבערס שטוב אינעם ערשטן פרימאָרגן נאָך דער 
ערשטער נאכט פון דער כאסענע -- ווייסן מיר יאָ, און וועגן דעם ווילן מיר 
דאָ אייניקע ווערטער צוגעבן, 


אז מ'האָט אינדערפרי, שוין שפּעטלעך, ארויסגעקוקט אפן פּאָרפּאָלק, זיי 
זאָלן זיך, װי געוויינלעך, װײַזן פון אלקער, און זיי זײַנען נישט ארויס, -- 
האָט מען אף א צניִעסדיקן אויפן א װונק געטאָן עסטער-ראָכלען, וועלכע 
מ'האָט געלאָזט איבערנעכטיקן צוליב כאסענע-איניאָנים, זי זאָל זיי אָנ- 
קלאפּן און צו וויסן געבן, אז ס'איז צײַט אופשטיין... און אז עסטער-ראָכל 
האָט אָנגעקלאפּט און מ'האָט איר ניט געענטפערט, און זי האָט אליין די 
טיר א פּרוּוו געטאָן און דערזען, אז זי שטייט אָפן, איז זי ארײַן און האָט 
אלטערן געטראָפן שוין אן אָנגעטאָנענעם, אָבער אזוי אויסזעענדיק, אז איין 
קוק אירער איז גענוג געווען, זי זאָל פארשטיין, אז עפּעס אין דאָ געשען, 
װאָס ס'געשעט זעלטן, 


צי אלטער איז געשלאָפן און ניט געזען, בעשאס גנעסיע האָט זיך גע- 
קליבן אין וועג, צי ער האָט יאָ געזען, װי זי קלײַבט זיך און האָט זיך 
געמאכט שלאָפן--אזוי צי אזוי, נאָר אלטער איז שוין פון לאנג, װײַזט 
אויס, אינמיטן שטוב געשטאנען, א בלאסער און אזוי פארטראָגן, וי אָדער 
עס װאָלט געווען נאָרװאָס נאָך זײַנעם א קראנקןאָנפאל, אָדער ע ר עוו 
אזא... 


עסטער-ראָכל האָט אים א פרעג געטאָן אף גנעסיען, אָבער מיט איר 
געניט-װײַבעריש אויג האָט זי דערזען, אז ס'איז שוין נישטאָ אף וועמען 
צו פרעגן, װײַל ניט נאָר איר אָרט איז פארקילט, נאָר אז אויך איר געדע- 
כעניש איז, דאכט זיך, אויסגערונען. 

אלטער האָט קימאט איר פראגע ניט געהערט.. דעמלט איז זי גלײַך 
ארויס און האָט מוישע מאשבער עפּעס אין אויער אײַנגערױמט, און באלד 
איז אין שטוב אף אלעמענס פּענעמער אן אומרו געווען צו באמערקן, ווען 
איינער באם אנדערן האָט פארװוּנדערט זיך גענומען דערפרעגן: ,װאָס 
הייסט? װי געשיקט זיך און װוּהין האָט זי געקאָנט אהינקומען?" מ'האָט 
זיך באלד א לאָז געטאָן צו דער עלטערער דינסט, צו פרעגן בא איר אין 
מוירע און אף איר לעצט װאָרט צו ווארטן: צי וייסט זי עפּעס? און צי 
האָט איר אזוינס אפן זינען געקאַנט קומען?---און אויך זי, די עלטערע 
דינסט, האָט נישט געװוּסט װאָס צו זאָגן. 

-- נישטאָ!.. -- איז פון אלעמענס דערשראָקענע פּענעמער געווען אראָפּ- 
צולייענען, און מ'האָט אפילע ניט געדענקט זי נעמען זוכן, װײַל אלע האָבן 
געפילט, אז אויב אזא זאך איז געשען, איז שוין זוכן ניט שײַעך, װײַל 
דער ביזאיען פון ארומלויפן און זיך נאָכפרעגן װועט זײַן גרעסער און די 
בושע פאר לײַטן געטאָפּלט. 


201 


א סװאָרע פונדעסטוועגן, אז מ'האָט א ביסל יאָ געזוכט. א סװאָרע, 
אז שטילערהייט האָט מען די עלטערע דינסט און עסטער-ראָכלען ארויס- 
געשיקט איבער דער שטאָט, אז טאָמער, עפשער, וועט מען זי דאָך אָפּזוכן, 
ערגעץ אָנטרעפן, געפינען און זי פאָרט צוריק אומקערן. 

מ'האָט זיך, װידער א סװאָרע, אויך אפילע געװענדט צו געוויסע 
טרעפער און , נעװויַים?, צו וועלכע מ'ווענדט זיך בייס א גנייווע, ווען 
עפּעס ווערט פארפאלן, און קיינער פון זיי האָט ניט געװוּסט פון גנעסיעס 
געביין צו זאָגן, און זיי האָבן נאָר פארשפּראָכן זען געווויר וערן, און 
דערװײַל האָבן זיי זיך פאר דער שפּעטערדיקער טירכע געהייסן באצאָלן. 

ס'איז דערפון גאָרנישט ניט ארויסגעקומען. גנעסיעס שפּורן זײַנען פון 
יענער שטוב פארשוונדן אף שטענדיק, און איבערגעלאָזט האָט זי נאָך 
זיך נאָר אירע כאסענע-קליידער, װאָס (,נאָך א לײַטישקײַט פון איר זײַט? 
האָט מען אין שטוב געשמועסט) זי האָט זיי ניט פארנומען און האָט זיך 
באנוגנט נאָר מיט אירע אייגענע, װאָס זי האָט זיך אף איר שטעלע דער- 
װאָרבן, אי דאָס אויך נישט מיטן אינגאנצן.. זי האָט איבערגעלאָזט נאָך 
זיך אויך אלטערן --א מאן אָן א װײַב, אָבער דערפאר שוין אין א טאלעס, 
וועלכן ער האָט באדארפט אָנטאָן פון הײַנט אָן באם דאוונען.. זי האָט 
איבערגעלאָזט אויך א פרישן בראָך פאר מוישע מאשבער, א שטיק פון 
זײַן יאָרדישן גוירל, וועלכער האָט אים ניט פארגונען אפילע אזא זאך, װי 
צו האָבן די האנאָע פון א מיצווע --א קראנקן ברודער כאסענע צו מאכן. 

יאָ, װער ס'װואָלט יענע טעג געזען מוישע מאשבער און אף אים א 
רעכטן קוק געטאָן, װאָלט ער באמערקט, װי די בלאָנדע האָר פון זײַן קאָפּ 
און באָרד זײַנען אים א סאך סיווער און טונקעלער געװאָרן; און אויך-- 
אז ער האָט זיך ערגעץ בא דער פּלײיצע אן עלטערלעכן בייג געטאָן און 
אז פון אָט דעם בייג, דעם קויםיבאמערקבארן, איז זײַן װוּקס אף פיל 
געמינערט געװאָרן, װי א שטוב אמאָל ערעוו אלט-ווערן און אראָפּזינקען... 


ווו 
באנקראָט 


א ייגנטלעך, איז שוין דער מוישע-מאש-י 
בער-בוים געווען אינגאנצן אונטערגע- 

האקט--א האָר איז אָפּגעגאנגען א 
מינדסטער שטויס האָט זיך געפּאָדערט, 
ער זאָל זיך איבערקערן צום קראכן. 
מ'האָט אים אָבער נאָך געשאנעוועט. 

-- ווער? 

-- אפילע אזוינע װי א צאלי דערי 
בארעמדיקער און שאָלעם שמאריאָן 
װאָס האָבן זיך געקאָנט בויען פון זײַן 
כורבן און, װי פון יעדער אנדער באנ- 
קראָט, פאר זיך היפּש נוצן ציען. אאָ, 
כאָטש דאָס איז זייער בארוף און אוּוו- 
דע -- הינטיש נאָכגײן נאָכן שטארקף 
ווען יענער איז שטארק און ווען מ'קאָן פון יענעמס רויב א ביינדל ארײַנ- 
פּאקן, און פארקערט, ווען ער װערט שוואך און ווערט אליין צו רויב פון 
א מער שטארקערן ---אף אים אָנפאלן און א געשמאקן ריס און צופּ טאָן 
אומראכמאָנעס; -- כאָטש דאָס איז דער בארוף פון די צאליס און שמא- 
ריאָנס, דאָך האָבן זי זיך דערפון איצט אָפּגעהאלטן. 

פארװאָס? 


-- װײַל, ערשטנס, האָבן זיי דאָ אליין געשטעקט מיט גרויסע סומעס, 
און וויסנדיק די ריזיקע פון יעדער סאָכרישן קראך, האָבן זיי געהאט א 
גרונט צו צווייפלען, צי װעלן זי ארויס בעשאָלעם מיט זייער אייגן געלט; 
און צווייטנס, װײַל ווער זיי זאָלן ניט זײַן, איז אף זיי דאָך עפּעס אָנגע- 
פאלן א מוירע פאר מוישע מאשבערס שלעק, וי פון הימל אים געקו- 
מענע -- וי פּריַער דער טוט פון זײַן טאָכטער, דערנאָך די געוויסע כאסע- 
נע פון זײַן ברודער פאר א שייפל-יהאמאדרייגע -- פאר אן אייגענער דינסט, 
וועלכע האָט אים אין דער נאכט פון דער כופּע, װי אלעמען איז באװוּסט 


, | 


א 


== 
== 


-+ 
= 
== 





33 


געװאָרן, געװאָרפן, און װאָס האָט אויך, נאטירלעך, מוישע מאשבער קיין 
איבעריקן נאכעס ניט פארשאפט און אים געצװוּנגען האלטן דאָס פּאָנעם 
טיף צו דער ערד אראָפּגעלאָזט; און װײַטער, טאקע אליין זײַנע געשעפטן, 
מיט וועלכע ער איז שוין געקומען צום מויל פון אָפּגרונט, -- אָט דאָס אלץ 
האָט אפילע, זאָגן מיר, בא אזא, װי א צאלי און שאָלעם שמאריאָן, גע- 
קאָנט א ביסל ראכמאָנעס דערוועקן. 

און... לאָמיר דאָס דערלאָזן, לאָמיר דערלאָזן, אז וען צאלי דערבא- 
רעמדיקער האָט, צוזאמען מיט אלע אנדערע, באלייט מוישע מאשבערס 
טאָכטער אפן בעסאלמען און נאָך דעם, װי מע האָט שוין פארשאָטן דעם 
קייווער און אלע זײַנען צוגעגאנגען צו אים מיט טרייסט-ווערטער, וי 
ס'פירט זיך, און אויך ער, צאלי, האָט דעמלט דעם געוויסן זאָג געטאָן: ,ער 
זאָל שוין באהיט זײַן פון צאר, מוישע מאשבער"... איז לאָמיר דערלאָזן, 
אז אויך צאלי איז דעמלט גערירט געווען, ווען ער האָט דערזען, װי יענער 
האָט דאַ א שטיק פון זײַן לעבן אונטערן אָנגעהיכטן, ליימיקן בערגל 
געלאָזט... 

לאָמיר דאָס דערלאָזן בענעגייע א צאלין, און א פּשיטע שוין בענעגייע 
אלע אנדערע, פיל מער מענטשן, װי יענער: װײַל פאָרט האָט מען זיך נאָך 
דעמלט געפירט א היפּש ביסל אורפאָטעריש און אלטפרענקיש אפילע אין 
מעקעך-אומעמקער:--נישט, װי שפּעטער, וװען האנדלשאפט, האָט מען 
געזאָגט, איז ניט קיין ברודערשאפט און ווען ראכמאָנעס אין געשעפט איז 
שוין ניט געווען שײַעך... 

נו, איז האָט מען אים דערום אויסגעווארט, מוישע מאשבערן ---סײַ די 
פארמעגלעכע, װאָס זײַנען אימשטאנד צו ווארטן, און סײַ אויך אפילע די, 
װאָס ניט, אָבער װאָס, װי מיר האָבן שוין אין אן אנדער אָרט געזאָגט, 
האָבן די לעצטע ביסלעך אָפּגעשפּאָרטע געלטן צו אים געטראָגן, װי צו א 
גרויסן באָטועך, און אין וועלכע זיי האָבן זיך איצט, אין א געענגטער 
צײַט, שטארק גענייטיקט. 


8 :: 8 


יאָ, די צײַט איז געווען א שווערע, דאָס יאָר --- אן אומגערעטעניש, די 
קויף- און פארקויף-פײייקײַט פון די פּויערים פון גאנצן קאנט ארום--א 
נישטיקע, און סאָכרים, אפילע גרויסע, זײַנען אומגעגאנגען מיט אראָפּגע- 
לאָזטע קעפּ, ביפראט קליינע, בא וועלכע ס'האָבן די לעצטע גראָשנס אין 
די בײַטעלעך געטאָגט. 

ס'פארשטענדלעך, אז װער פון אָט די קליינע האָט װען אמאָל עפּעס 
אָפּגעלײגט אפן שלעכטן טאָג, האָט ער איצט געמוזט ארויסבאקומען-- 
אָדער פון דער אייגענער באהעלטעניש, אָדער פונעם רײַכן באָטועך, ווע- 
מען ער האָט פארטרויט. 

די צאָרע פאר אזוינע לײַט איז דעמלט געקומען אינצווייען: אויסער 
װאָס מ'האָט נישט פארדינט, װײַל ס'איז ניט געווען בא וועמען, איז נאָך 


1 האנדל. 


244 


דער יאקרעס געוואקסן, און בא די קלייטן פון מעל, א זונטיק אָדער אן 
ערעווישאבעס, ווען מ'האָט געדארפט באקן ברויט אף אינדערװאָכן אָדער 
כאלע אף שאבעס, האָט מען געקאָנט זען פיל פארזאָרגטע פּענעמער פון 
װײַבער, וועלכע זײַנען געקומען מיט געמיינע מעזומאָנים, אין אָרעמע 
קניפּלעך געבונדן, װאָס האָבן אף זייערע מעליבאדערפענישן נישט גע- 
קלעקט. : 

דאָס זעלבע איז געװען צו זען אין יאטקע, בא די קאצאָװוים, װוּ 
אזוינע סאָרטן װײַבער פלעגן מוזן אוועקוקן פון פריש פלייש פון א הײַנ- 
טיקער שכיטע, מאכמעס זיי האָבן נישט געקאָנט קומען צו דעם, און 
דעריקער פלעגן זיי האלטן געװוענדט די אויגן צו א נעכטיקן, אייערנעכ- 
טיקן נישער, א פארשווארצטן, א פארטריקנטן, צו א בלאָװער מילץ, אָדער 
צו א העסלעך-אויסזעענדיקער פליאקע. זיי האָבן זיך מער ניט געקאָנט 
פארגינען, און אוב א גאנצע װאָך האָט מען זיי ביכלאל ניט געקאָנט 
געפינען בא די קלעצער פון די קאצאָװוים, איז אָבער א דאָנערשטיק אָדער 
א פרײַטיק, ווען מ'האָט כאָטש איין מאָל אין װאָך -- שאבעס --געװאָלט 
פארזוכן דעם טאם פון פלייש, זײַנען אויך דעמלט די גוטע כאלאָקים נישט 
געווען צוטריטלעך פאר זיי, נאָר דאָס פארלעגערטע און דאָס לעצט ביליק- 
קאָסטנדיקע. 

אזוי אויך בא די שטעלן פון גרויפּן, װוּ אָט די װײַבער פלעגן שטיין, 
קוקן, אָפּקומען מיט א זיפץ פון נישט האָבן די מעגלעכקײַט זיך דערשלאָגן 
צו עפּעס רעכטס, אויסער צו א ביסל הירזש פול מיט קוקיל און צו 
רעטשענע גרױפּן צוזאמען מיט סיטשקע. 

ס'איז געווען ווינטער, און מ'האָט באדארפט זען אָט יענע מינים וולי- 
בער בא א שטאָטישן סקלאד פון האָלץ, װאָס קאָהאָל האָט געעפנט אף צו 
באזאָרגן אַרעמעלײַט מיט הייצונג: װאָס פאר א האָלץ פון וויפל 
אזא-אָ פרוי האָט אמאָל אליין, און אמאָל מיט דער הילף פון א קליין קינד, 
פון דאָרט ארוױיסגעטראָגן: א הוליאק אָדער א פאשינע, אמאָל צוויי, אָבער 
אלנפאלס נישט אף איבערהייצן זיך... 

מ'האָט אויך באדארפט הערן די געשפּרעכן, לעמאָשל, פון שוסטער, ווען 
זי פלעגן זיך א פרײַטיק פארנאכט צונויפקלײַבן צו א שאָלעםיארן דעם 
װײַנשענקער, װי מ'איז געװווינט אין די גוטע צײַטן, װען באשטעלונגען 
זײַנען לעראָוו און ווען מ'קומט נאָכן אָפּטראָגן די ארבעט צו שאָלעם- 
ארענען אויסטרינקען, -- איצט אָבער, ווען באשטעלונגען װײניק און נאָר 
אייניקע גליקלעכע האָבן געהאט צו צאָלן פאר דער מאשקע, זײַנען זיך 
פונדעסטוועגן אויך פיל נישט-גליקלעכע צונויפגעגאנגען--אָדער מיטן 
מיין, אז די גליקלעכע זאָלן זיי מעכאבעד זײַן, אָדער אז שאָלעם-ארן זאָל 
געבן אף באָרג, װײַל אויב ניט, װאָלט איצט, אין א צײַט פון קורצע 
פארדינסטן, דער ,װימאָראָזעק"-- דאָס שוסטערשע געטראנק --געשימלט 
פון אומגעברויך און פון נישט האָבן וועמען דאָס צו פארהאנדלען. 

מ'האָט באדארפט הערן די רייד און אויסגעשרייען פון די שוסטערס, 
:איידער זיי האָבן זיך אָנגעטרונקען, ביפראט שוין בייסן טרונק, ווען די 
אויגן האָבן געפלאמט און די צונגען האָבן זיך אופגעבונדן, ויאזוי מ'האָט 


2 


אין שיקרעס זיך די צאָרעס אויסגערעדט, דערמאָנענדיק מיט מוירע די 
װײַבער, װאָס אז זיי װועלן אהיים קומען מיט לײידיקן, װעלן יענע זי 
באפאלן פון הארצווייטעק, װײַל זיי האָבן ניט געהאט מיט װאָס שאבעס 
צו מאכן. 

-- א רועך אין אײַער באָבעס געפּײיגערטן שקראב ארײַן!--האָט זיך 
דעמלט בא שאָלעם-ארענען אין װײַנשענק א קאָל איבער אלע קוילעס 
אמאָל ארויסדערהערט. -- שוסטערס זענט איר? האװדאָלע-פלעכט און לאמ- 
דאָנים! שיך און פּאנטאָפּל נייט איר? באָרװעס װאָלטן זיי געגאנגעף די 
גאנצע שטאָט באָרװעס! װאָסי? רעב דודי איז קליין דאָס מויל עפענען און 
זאָגן א גוט װאָרט פאר קאפּצאָנים, און יאנקעװ-יאָסי איילבירט איז קראנק 
אופשנורעווען דעם בײַטל!. 

-- גערעכט, -- האָבן זיך געפונען באלאָנים פון צװוישן די טרינקער, 
װאָס האָבן דעם שרײַער אונטערגעהאלטן, אָבער מ'האָט געזען, אז װײַטער 
גייט עס ניט און אז בא אָט דעם אָנמעכטיקן , גערעכט"? װעלן זיי בלײַבן, 
מאכמעס די נויט האָט זיי דערשלאָגן און זיי זעען ניט קיין אנדער אויס- 
וועג, װי נאָר צו טרינקען דעם ,װימאָראָזעק" פאר מעזומען אָדער אף 
באָרג בא שאָלעם-ארענען... 

אָט אזוי די לאגע דעמלט בא שוסטערס, אזוי אויך בא אנדערע באל- 
מעלאָכעס, װי אויך בא נישט באלמעלאָכעס, בא קליינע קרעמערלעך, בא 
שטעל-הענדלער, וועלכע לעבן איינס פונעם אנדערן און אלע צוזאמען -- 
פונעם דאָרף, און דאָס דאָרף איז טויט, און אין שטאָט װײַזט זיך ניט קיין 
פוס פון קיין פּויער... 

פארשטענדלעך שוין, כאזערן מיר איבער, אז בא וועמען פון אָט אזוי- 
נע לײַט און אָרעמע מענטשן ס'האָט זיך אָנגעקליבן א קליין קניפל אֹף 
א שלעכטער צײַט און זיי האָבן דאָס אוועקגעלייגט בא גרויסע באָטוכים 
אף קליינע פּראַצענטן, האָבן דאָס איצט געמוזט צוריק ארויספאָדערן. 

פארשטענדלעך דערום אויך, אז צו מוישע מאשבער אין קאָנטאָר האָבן 
זיך די לעצטע צײַט אזוינע אָרעמע באלכויוועס גענומען װײַזן װאָס אָפ- 
טער און פארומערטער; --אויב די זמאנים פון זייערע וועקסלען זײַנען 
זי שוין אויסגעגאנגען --איז מיט רעכט, און אויב ניט --איז מיט בא- 
קאָשעס און האלבע טאכנונים, אז טאָמער, הייסט עס, קאָן מען זיי פאר 
דער צײַט זייערע כויוועס סילעקן, אויב ניט אינגאנצן, איז כאָטש א טיל, 

דעמאָלט אָבער, ווען מוישע מאשבערס טאָכטער איז געװען קראנק, 
פלעגן זיי אין קאַנטאָר ניט טרעפן נישט מוישע מאשבער אליין, וי אויך 
ניט זײַן איידעם נאָכעם לענטשער, צו וועמען זי זאָלן זיך קאָנען ווענדן, 
און די אָנגעשטעלטע האָבן זי אלעמאָל אָפּנעשטופּט מיט א שטרוי, זי 
געראטן ווארטן: , זיײי זעען דאָך... ס'איז איצט ניט אין זינען.." דערנאָך, 
ווען די טאָכטער איז געשטאָרבן און אז מ'איז געקומען צו דער טיר פון 
קאָנטאָר און מ'האָט זי געטראָפן געשלאָסן, האָט מען זיך אויסגעקערעוועט 
צום אוועקגיין און מ'האָט זיך אליין געזאָגט: נו, יאָ, אן אומגליק... דער- 
נאָך, אין מעשעך פון , שלוישים", ווען אויך דעמלט פלעגט זיך מוישע 
מאשבער און זײַן איידעם שיטערלעך און גאָר זעלטן ווען װײַזן אין 


6 


קאָנטאָר, איז נאָך אויך געװוען א טערעץ, אז מזאָל אין אזא צײַט ניט 
איבעריק צושטיין און זלידניש נישט װעלן מאָנען. 

אָבער שפּעטער א ביסל, נאָך דעם, וי אויך יענער כוידעש איז אריבער 
און ווען פאר די אָרעמע באלכויוועס איז שוין קיין טערעץ נישט געווען, 
און די נויט איז זיי צום גאָרגל צוגעטראָטן--אָט דעמלט האָבן זיי זיך 
שוין גענומען אָנגײן גאנצע שײאָרעס!: ווען זיי האָבן ניט געטראָפן מוישע 
מאשבער אין קאָנטאָר, האָבן זיי אף אים לאנגע שאָען געווארט, און ווען 
יאָ, האָבן זיי אים באלאגערט און ניט געװאָלט אָפּטרעטן. יענע, װאָס 
זייערע טערמינען זײַנען שוין געקומען, האָבן געפאָדערט, און די, װאָס 
נאָך ניט, האָבן געבעטן און געכניקעט... אָט דעמלט האָט איינמאָל נאָכעם 
לענטשער, מוישע מאשבערס איידעם, אָפּגערופן זײַן שווער מוישע מאש- 
בער אין א ווינקל און אים פאָרגעלייגט, אז אזויווי ס'איז לעצט און איין 
בריירע און קיין הילף פון ערגעץ אנדערש איז ניט צו זען, איז עפשער 
װאָלט מען זיך געווענדט צו יאנקעװ-יאָסי איילבירטן נאָך הילף... 

ס'איז גרינג צו זאָגן ;,צו יאנקעװ-ײיאָסין .. 


+/ 4 58 


א קליינע פּאָר שטריכן צו יאנקעװ-יאָסיס פּאַָרטרעט: 

װוי זעט ער אויס? 

שוין אריבער די זעכציק, מיט פול-געפּאקטע, גלײַכע אקסל, מיט א 
װײַסער זאט-זויבערער, נישט לאנגער באָרד, א גאנצע װאָך אין א שוואר- 
צער קאפּאָטע פון גוטן ענגלישן שטאָף, און שאבעס--אין אטלעס, איז 
שטארק רײַך, דער רײַכסטער אין שטאָט, מיט דער גרעסטער לײ-קאָנטאָר, 
אויך מיט אנדערע געשעפטן. 

אויסערלעך זייער שטיל און באשיידן, אָבער אויך מיט שטארק גוי- 
רישע קאפּריזן, 

מיט א פײַנער האסאָגע צו האָבן די שענסטע ספאָרים מיט די רײַכסטע 
אײַנבונדן און מיט גאָלד-געפּרעסטע אויסיעס אף די טאָװלען און רוקנס; 
אויך מיט גוסט צו שטייגער- און קולט-זאכן, װי צו א גרויסער, גאָלדע- 
נער עסרעג-פּושקע מיט אינקרוסטירטע בילדער, װי דער בארג ציען און 
יערושאָלאיִם, ספּעציִעל בא ייִדישע באלמעלאָכעס באשטעלט: וי אויך א 
כאנעקע-לאָמפּ, װאָס האָט פארנומען א האלבע וואנט מיט זײַן שווער- 
װאָגיקן זילבערנעם געשטעל און מיט די ברייט צעװאָרפענע רערן, אויך 
פון זילבער, אין דער פאָרם פון הירשענע האָרנס. 

אויך מיט א פארגעניגטער נעטיע צו נעגינע.. יעדער מאָל, שאבעס 
אָדער יאָמטעװ, נאָך דעם, װי ער האָט פריער אָפּגעדאװנט אין זײַן קליין 
שולעכל מיט א געצײלטן מיניען אין גװיריש-אָפּגעזונדערטער מענוכע, 
פלעגט ער זיך אװעקלאָזן אין דער באװוּסטער אלטער שול, צום באװוּסטן 
כאזן, ,לערוכעם דעם גרויסן", װוּ ער פלעגט זיך קעסיידער אוועקשטעלן 


1 שײאָרעס - כאָפּטעס. 


אין מײַרעװ-זײַט און זיך ניט לאָזן ארופבעטן אין מיזרעך, װוּהין דער 
שאמעש און די גאבאָיִם פלעגן אים ארופרופן; אוֹן דאָרט, אָנגעשפּארט אין 
א וואנט אָדער אין א שטענדער, פלעגט ער מיט פארמאכטע אויגן זיך גוט- 
גוט אײַנהערן אינעם געזאנג אמאָל אליין פון כאזן און אמאָל אין דער 
באגלייטונג פון זײַן מעשוירערים-כאָר; דערבײַ האָט ער אלע מאָל געהאט 
זײַן אטלעסענע זשופּיצע נאָר אף איין ארבל אָנגעטאָן, און דער אנדערער 
האָט אים ליידיק אראָפּגעהאנגען --װוי ס'װוײַזט אויס, אויך איבער עפּעס 
א גווירישן קאפּריז, 

אויך א שטיק לאמדן --נישט נאָר פאר קליינע ראבאָנים נישט פאר- 
שעמט צו װערן, נאָר אפילע ניט פאר אזא, װי רעב דודי -- סײַ מיט וויסן, 
וויאזוי א געוויינלעכע שײַלע צו פּאסקענען, און סײַ צו קענען אף אויס- 
װײיניק גאנצע טיילן פון , חושן משפּט? און ,יורה דעה"?. ער איז אויך 
געווען א יאָדן אין אנדערע זאכן, אין וועלכע ראבאָנים שטייען אָפּ, װי 
אין ,תכונה? און ,מדידה"?, װאָס ער האָט שוין געהאט זײַנע אָפּגעדונגענע 
קאפּצאָנים קענער, מיט וועמען ער פלעגט זיך אמאָל וועגן יענע איניאָנים 
אמפּערן. 

אויך א באל-ייכעס, ער האָט אליין געשטאמט נישט פון אבי-וועמען 
און דעריקער האָט ער זיך געבונדן און געטאָן שידוכים מיט הויכשטא- 
מענדיקע -- מיט גרויס-באװוּסטע , גוטע ייִדן" פון הי, פון ראכמיסטריווקע 
און קארלין, און פון אויסלאנד -- פון סאדיגורע און שטיפינעשט, 

מ'האָט אים, נאטירלעך, מעקאנע געוען, און אז מ'האָט אים געזען 
שטיין שאבעס, יאָמטעװו אין דער אלטער שול אין מײַרעװ-זײַט אין דער 
אטלעסענער זשופּיצע אף איין ארבל אָנגעטאָן, װי ער לאָזט זיך ניט ארופ- 
בעטן אין מיזרעך, האָבן פיל אויגן געקוקט אף זײַנע געפּאקטע אקסל, 
וי אויך אף זײַן װײַסן לאמדאָנישן שטערן, וועלכער האָט זיך אים גע- 
מינעט אין מעסיקעס פון פארשטיין און האנאַָע האָבן פון נעגינע, 

דעריקער אָבער האָט מען אים מעקאנע געווען אף זײַן רײַכקײַט, װאָס 
מע האָט דאָס געשאצט אין גרויסע אלאָפים? און װאָס ער האָט דאָס גע- 
האט הען אין מעזומען, הען אין זײַנע אייגענע געשעפטן און הען אין 
פארשיידענע שוטפעסן מיט פרעמדע. אויסער פּריצישע מאיאָנטקעס, בא 
אים פארזעצט, אויסער מויערן, פּלעצער, דירעס פון היגע באלעבאטים, 
איבערגעשריבן אף זײַן נאָמען, האָט ער נאָך געהאט זײַן אייגענעם בא- 
װוּסטן מויער אין שטאָט, א שטיק פּאלאץ, מיט עטלעכע שטאָקן, וועלכע 
ער האָט אויסגעבויט פאר זיך און זײַן מישפּאָכע-- פאר יעדערן פון זײַנע 
היגע אָדער אויסלענדישע שניר-און-איידעמס א באזונדער שטאָק, װי זי 
זײַנען געוווינט געווען בא זייערע רײַכע טאטעס. 

ער האָט זיך אפילע פארגונען צו האָבן צוויי פאעטאָנען; אינעם א 
קליינעם, מיט א הויכלעכן געזעס, א מין קאבריאָלעט, צו זײַן אייגענעם 
געברויך; און א צווייטן, א פלאך-צעעפנטן, מיט װײַס-טײַערן שטאָף גע- 
בעט דער פונפאָרנט און דער אנטקעגן, וועלכן ער פלעגט נוצן זעלטן 


: צוויי טיילן פונעם שולכן-אָרעך; ? אסטראָנאָמיע. און געאָמעטריע: ? טויזנטער, 


08 


אויסער נאָר ווען א יונגער אויסלענדישער שנור האָט זיך אמאָל פארװאָלט 
א זומער פארנאכט צו מאכן א שפּאציר; אויך ווען א גרויסער ,גוטער- 
ייד" איז אָנגעפאָרן און זײַנע אָנהענגער האָבן אים באדארפט מעקאבל- 
פּאָנעם זײַן מיט גרויס קאַָװעד; און אמאָל אויך האָט די שטאָט-אדמיני- 
סטראציע און באאמטע אים געליען, ווען מ'האָט באדארפט באגעגענען א 
גובערנאטאָר, אן ארכיעריי אָדער א מיטראָפּאָליט, ווען יענע זײַנען געקו- 
מען צו באזוכן די קריסטלעכע איידע פון שטאָט. 

מיט איינעם װאָרט, מעקאנע זײַן אין אים געװוען אף װאָס: , תורה 
וגדולה במקום אחד"--- טוירע און רײַכקײַטן אין איין האנט, -- האָט מען 
געזאָגט, -- און דער מערסטער טייל שטאָט האָט דערום געהאלטן די אויגן 
צו אים און צו זײַנע גליקן פאריסן און פיל מײַלער זײַנען געווען פול 
װוּנטש: קרום זײַן שאָדן, אף זיי געזאָגט געװאָרן כאָטש א צענטל, כאָטש 
א הונדערטכיילעק פון זײַן גוטס. 

יאָ, אלץ עמעס... אָבער אויסער זײַן רײַכקײַט, אויסער זײַן געלערנט- 
קײַט און ייַכעס האָט ער נאָך געהאט נאָך איינע א מײַלע, אָבער שוין 
גאָר ניט קיין געהויבענע, װאָס וועגן איר פלעגן זיך די זעלבע, װאָס 
האָבן אים מעקאנע געווען, שטילערהייט, צווישן זיך, אמאָל א סוידע טאָן 
און זי אויך אָנרופן באם נאָמען, די מײַלע: א שטילער קוילער... -- און זע, 
וויאזוי פּאַָרט זיך דאָס?.. --האָט מען זיך געסוידעט. יאָ, ער האָט גע- 
דינט פאר א שטיק סטראשידלע און װוי א שארף-ציינערדיקער העכט פאר א 
געוויסן סאָרט קליינע פישעלעך, פאר פּלאָטקעלעך, -- דאָס מיינט מען, פאר 
די, וועמען ס'איז באשערט געווען אין זײַן צייןיגעביס ארײַנצוטרעפן. 

ס'איז שוין געווען א שאָ נאָך זיי! דאפקע מיט גוטן, דאפקע ניט קיין 
הויך װאָרט צו זאָגן, נאָר אויב עמעצער האָט זיך שטארק גענייטיקט און 
יאנקעװ-יאָסי האָט דאָס געװוּסט, װײַל ער האָט געהאט זײַנע מענטשן, 
װאָס האָבן אים שטענדיק אָפּגעטראָגן, װאָס ער האָטס באדארפט 
וו יסן, --האָט מען גלײַך געקאַנט זען, ויאזוי די גווירישע אקסל האָבן 
אים גענומען פון דער קאפּאָטע וואקסן, דאָס פּאָנעם, װי א פּאָנעם, נאָר 
אין די קארע אויגן און אונטערן הויכן, װײַסן שטערן האָבן אים גענומען 
אומשפּאנען עפּעס שאָטנדלעך פון כעזשבוינעס, װאָס ער מאכט דעמלט 
אין מויעך: נו, יאָ, -- האָבן די אומשפּאנענדיקע שאָטנדלעך דעמלט בא- 
טײַט, -- ס'געשעפט לוינט.. 

יאָ, ס'גרינג צו זאָגן: , צו יאנקעװ-יאָסין"... װער ס'האָט געװוּסט זײַן 
ראָליע אין שטאָט און אין גאנצן קאנט ארום, דער האָט אויך געװוּסט זײַן 
שווערע האנט, װאָס אז עמעצער כאפּט זיך אין איר ארײַן, איז ארויס- 
רײַסן זיך פון איר שוין פיל שװוערער װי פון אײַזערנע צוואנגען. 

ער האָט דאפקע יאָ געליִען, דאפקע אנטקעגן געקומען אין א נויט,-- 
ניין, דעריקער טאקע אין א נויט, --וען יענעם איז שוין דער שטריק 
אפן האלדז און אָט באלד הייבט ער אָן כאָרכלען, --אָט דעמלט האָט ער 
זיך מיט זײַן הילף באוויזן, און פארשטענדלעך שוין, ויאזוי דער האלב- 
דערשטיקטער איז דאנקבאר געווען, און װאָס פאר א געזונטע שטיק פעל 
ער האָט געמוזט לאָזן פון זיך אָפּשינדן אויס ,דאנקבארקליט?. 


09 


אזוי מיט פּריצים, ווען ער האָט געװוּסט, אזן זײי האלטן בא װערן 
אויס... אזוי אויך מיט מעלוכישע באאמטע, ווען זי האָבן זיך פארשפּילט 
אין קאָרטן אָדער זיך פארלעבט ניט לויט זייערע מיטלען און האָבן צע- 
טרענצלט מעלוכיש געלט; און אזוי אויך מיט שטאָט-סאָכרים, ווען יענע 
זײַנען ארײַן אין קלעם, ניט ארויסצוקריכן, --אָט דעמלט פלעגט ער זיך 
ארויסװוליזן װי אן אויסלייזער, און דערפאר פלעגט ער ארײַנכאפּן א שטיק 
שוטפעס אין געשעפט אָדער דאָס אינגאנצן אף זײַן נאָמען איבערשרײַבן 
און דערנאָך אָפּקומען דעם אייגנטימער מיט שיע-פּיַע און אים אינגאנצן 
דערפון באזײַטיקן. אזוי האָט ער געטאָן מיט געלט-קאָנטאָרן און האָט אֹף 
אזא אויפן זיך באפרײַט פון זייער קאַנקורענץ: גענוי אזוי, װי ער פלעגט 
טאָן מיט פארשווינדלטע און ערעוו-יבאנקראָטירטע פּריצים, ווען זײיערע 
מאיאָנטקעס פלעגן צו אים איבערגיין פאר האלב די װערט און אף גאָר 
לוינבארע קאָנדיציעס; גענוי אזוי, װי ער פלעגט טאָן מיט גרויס-אדמינל- 
סטראציע און מעלוכע-באאמטע, --ניט אף זי אָפּצויארשענען, װי אנדערע 
פארשולדיקטע, נאָר קעדיי זיי צו האָבן אין די הענט און זיי אויסנוצן, 
ווען מ'דארף: אָדער צוליב זיך אליין, אָדער צוליב א שטאָט-איניען, ווען 
מ'האָט באדארפט זייערע א טויווע. 

ער האָט שוין נישט איינעם אזא ארײַנגעכאפּט, נישט איין באװוּסטער 
נאָמען איז געװאָרן אויס און איבער אים א יוירעד. מ'האָט דאָס געװוּסט 
און זיך געהיט פון זײַן ,הילף", און געװענדט האָט מען זיך נאָר, ווען 
שוין לעצט און בעלעס-בריירע; און יעדער מאָל, ווען זײַן קאָרבן האָט זיך 
דערפילט ענג פארקוועטשט פון אים אף נישט ארויסצוקומען און זיך קיינ- 
מאָל נישט צו ראטעווען, און ער האָט זיך גענומען בעטן און פארשטיקטע 
טאכנונים אוועקלייגן, אז יענער, יאנקעװײיאָסי, זאָל זײַן לאגע נישט 
אויסנוצן און אים צום איבעריקן נישט װעלן דערווארגן, טײַנענדיק שטיל 
און געבראָכן; 

-- סטײַטש, רעב יאנקעװײיאָסי? אזא וי איר... איר קוילעט דאָך אַן א 
מעסער... װווּ איז ייַדישקײַט? מענטשלעכקײַט? 

דעמאָלט פלעגט יאנקעװו-ײיאָסי זיך אופהייבן פון זײַן אָרט און בענקל, 
אף וועלכן ער איז פריַער געזעסן און האָט געפירט די אונטערהאנדלונגען 
מיט זײַן קליענט, זײַן קאָרבן, און א זאָג טאָן קאלט, גלײַך ער שטייט ניט 
אין געשעפט און גלײַך ס'איז אים אלציינס, צי װעט ער דאָס יאָ אָדער 
ניט מאכן; 

-- ס'לוינט ניט? איז ניט.. מ'באשטייט ניט!? דארף מען ניט!. און 
װאָס איז שײַעך ייַדישקײַט, זאָל מען עס זוכן אין ,יד-החזקה"?, און נאָך 
מענטשלעכקײַט זאָל מען קומען צו אים אהיים, װײַל דאָ, אין קאַנטאָר, 
וווּ ס'האנדלט זיך וועגן געשעפט, איז ער --יאָ, א גאזלען, ---אויב יענעם 
װעלן א טויװע טאָן און אויב געבן קרעדיט א נישט-קרעדיט-פייַקן 
און אים ארויסשלעפּן פון דער בלאָטע הייסט קוילען מיט אָדער אָן א 
מעסער... 


: א סייפער, פארפאסט פונעם ראמבאם. 


40 


מ'איז געווען געצװוּנגען און מ'האָט געמוזט אײַנגין אף זײַנע בא" 
דינגונגען. און װיי איז אוואדע געװען אזא איינעם, אזא קלוימערשט 
געהאָלפענעם פון יאנקעװ-יאָסין, װאָס ארײַנקומען צו יענעם אין קאָנטאָר 
פלעגט ער נאָך מײַסע-יאײיגנטימער און א ביסל נאָך מיט אן אופגעהויבע- 
נעם קאָפּ, און ארויס פון איר פלעגט ער שוין האלב מענטש, אן אויסגע- 
בײַטלטער און מיט די אויגן צו די שפּיצן שיך אראָפּגעלאָזט. 

און אָט, צו אָט דעם יאנקעװ-יאָסין האָט נאָכעם לענטשער דעמלט גע- 
ראטן זײַן שװוער, מוישע מאשבער, אריבערצוגיין און נאָך הילף זיך 
ווענדן. 

ס'גרינג צו זאָגן... מוישע מאשבער איז שוין אזוי אויך געווען פאר- 
שולדיקט בא יאנקעװװויאָסין, װי יעדע קלענערע קאָנטאָר, װאָס אפילע 
אין גוטע צײַטן איז זי גענייט אָנצוקומען צו דער מער גרעסערער און 
רײַכערער. איצט אָבער, ווען ער װאָלט זיך באוויזן נאָך א נײַער האל- 
װאָע ---איצט, ווען אלעמען איז שוין באװוּסט, אז ער איז ניט אימשטאנד 
צו דעקן אפילע די קליינע געלטער פון די קליינע באלכויוועס, --איצט 
װאָלט זײַן באזוך זיך אנדערש נישט געלאָזט אױסטײַטשן, וי נאָר: אז 
ס'האלט שוין דערבײַ, בא װאָס אלע אין אזוינע לאגעס האלטן, ווען מע 
גייט אף אלץ און מע לאָזט זיך ריידן אפילע פון אזא זאך, וי צו ליקווי- 
דירן דאָס געשעפט אף אזא אָדער אנדער אויפן, דה. אָדער אינגאנצן דאָס 
אָפּטרעטן, אָדער ארײַנעמען א שוטעף מיט גרויס געלט און אליין אָפּגײן 
אין א זײַט און וֶוערן א מין אָנגעשטעלטער, מיט קליינע פּראָצענטן און 
מיט א קליינער דייע. 

יאָ, און דאָך איז מוישע מאשבער באשטאנען זיך לאָזן צו יאנקעוו- 
יאָסין... דאָס האָט ער אָבער געטאָן נישט פון קיין שטארק-אָנגעשטרענגטן 
ווילן, װי א מענטש, װאָס שטרעבט זיך ראטעווען בא אלע אומשטענדן און 
קוקט נישט אף קיינע --גוטע אָדער שלעכטע --מיטלען, װאָס מע לייגט 
איִם פאָר אָנצונעמען צוליב זײַן ראטונעק, -- ניין, נאָר פון שלאבעריקײַט 
און פון אזא אָפּגעלאָזנקײַט, װי א מענטש, װאָס ס'איז אים שוין אלציינס -- 
צי א רעטער צי א טאליען. 

-- הא, צו יאנקעװו-יאָסין, זאָגט ער? גוט, זאָל זײַן צו יאנקעװ-יאָסין... 


= + 5 


מ'דארף דאָ צוגעבן: מוישע מאשבער האָט שוין דעמאָלט ביכלאל אויס- 
געזען װי איינער, װאָס ס'האָט אים עפּעס אין קאָפּ איבערגעברענט און 
װאָס אלץ, װאָס ס'געשעט, גייט אים אָן, רירט קוים זײַנע קליידער אָן 
װײַל ער איז נישט אופנעם-פיייק. 

מ'האָט דאָס געקאָנט זען פון זײַן אופירונג אין שטוב, װוּ ער האָט 
די לעצטע צײַט מיט קיינעם, אפילע ניט מיט זײַן װײַב גיטעלע, קיין 
װאָרט ניט אויסגערעדט, גלײַך די װוערטער פון מויל זײַנען אים אויס- 
גערונען, און אָנשטאָט רייד האָט ער זיך גאָר געמאכט א געווינשאפט 


21 


אומצושפּאנען בא די ווענט, זיך רוקן אמאָל בא איינער, אמאָל בא א צװויי- 
טער, גלײַך ער װאָלט געהאט עפּעס נאָענט-געהיימע געשעפטן מיט זיי.. 

מ'האָט אויך געקאָנט זען, װי ער פלעגט די לעצטע צײַט אָפּטמאָל 
פארבלאָנדזשען אינעם זאל, דאָרט, װוּ מ'נעמט אוף געסט און װוּ אלע 
פיר זײַטן פון פּאָל זײַנען אויסגעלייגט מיט סטעזשקעס און בא איינער א 
וואנט שטייט א שפּיגל, װעדליק א מענטש די גרייס, און ויַאזוי אז ער 
פלעגט דאָרט אומשפּאצירן און איז פארבײַגעגאנגען אָט יענעם שפּיגל, 
פלעגט ער זיך מיטאמאָל פארהאלטן, זיך אין אים דערזען זיך נישט 
דערקענען און זיך דערשרעקן... ער האָט געקוקט אף זיך, װוי אף א פרעמדן 
און װי אף אזא, װאָס מ'דערזעט פּלוצעם קומען פון אוילעם-האטויהו.. 
ער פלעגט א װײַלע שטיין און קוקן אף זײַן געשטאלט, האלב אומזיניק, 
האלב אָפּהענטיק, ביז ער האָט פּאמעלעך-פּאמעלעך זיך אופגעהערט צו 
באמערקן, און אזוי, פארטראכטערהייט, פון דאָרט װידער אװעקשפּאנען 
און זיך מיטאמאָל ווידער דערזען און ווידער זיך דערשרעקן. 

מ'האָט אויך באדארפט זען, ויאזוי ער האָט זיך די לעצטע צײַט אופ- 
געפירט מיט די אייניקלעך פון שטוב, דעריקער אָבער מיטן עלטסטן, מיי- 
ערלען, ווען ער פלעגט מיט אים זיך אַנשלאגן. 

ער האָט זייער געהאלטן פון מייערלען, פילנדיק אין אים א געקרענקטן 
אָנטײלנעמער אין אלעם דעם, װאָס אין שטוב איז פאָרגעקומען ביז אהער 
און װאָס ס'שטייט אויך װײַטער פאָר. 

ער האָט דאָס געזען אין בליק, װאָס יעדער מאָל פלעגט מייערל אָפּ- 
ווענדן, ווען ער פלעגט זיך מיט אים באגעגענען, און יעדער מאָל נישט 
מיט ליידיקן, נאָר מיט טרערן פון צאר, צוזעענדיק, וי דער לאָמפּ פון 
זײַן זיידנס לאנגאָניק גליק צאנקט שוין און האלט בא אויסלעשן זיך. 

מוישע מאשבער האָט אים אָפט דעמלט אָפּגעשטעלט, גלײַך ער װאָלט 
אים געהאט עפּעס צו זאָגן. יענער פלעגט שטיין בלײַבן, קוקן און אויס- 
ווארטן, אָבער אױסגעלאָזט האָט זיך עס טאָמיד מיט --,ניין, גאָרניט.. 
הא, ס'איז דו, מייערל?" פלעגט מוישע מאשבער א פארטראָגענעם פרעג 
טאָן, גלײַך ער װאָלט מייערלען ניט דערקענט, און ווען יאָ, האָט ער אים 
מער ניט באדארפט, װי אף נאָר א קליינעם גלעט טאָן און מיט א גאָר- 
נישט-זאָגנדיקן װאָרט אים אָפּקומען. 

אזוי מיט מייערלען, אזוי אויך מיט אלטערן, וועלכער האָט די לעצטע 
צײַט, נאָך דער כאסענע, זיך צוריק אין זײַן אָפּגעזונדערטן אייבער- 
שטיבל פארקליבן, זעלטן וען זיך אין שטוב געויזן, און װאָס צו אים 
פלעגט מוישע מאשבער דעמאָלט אָפטע באזוכן פּראװען, ארופגיין, אָבער 
לאנג זיך ניט זאמען, און סײַ באם ארופגאנג, סײַ באם אראָפּגאנג האָט 
ער אויסגעזען װוי פארטשאדעט, נישט וויסנדיק, נאָך װאָס און צוליב װאָס, 
אייגנטלעך, ער האָט באדארפט צו יענעם. 

אזוי אין שטוב, און דאָס זעלבע אויך אין קאָנטאָר, װוּ ער פלעגט זיך 
װײַזן אלעמאָל, נישט וי געוויינלעך א באלעבאָס, נישט רעגלמעסיק, נאָר 
אין פארשיידענע שאָען. ער האָט זיך אלעמאָל געװוענדט צו אן אנדער 
אָנגעשטעלטן מיט א פראגע, און איידער יענער האָט באוויזן ענטפערן, 


2 5242 


האָט ער זיך אָפּנעקערעװעט און דעם געפרעגטן מיט האלבע ווערטער אין 
מויל געלאָזט. 

צעטראָגן... זייער צעטראָגן... אזוי װײַט, אז די לעצטע צײַט איז ער 
אין קאָנטאָר קיינמאָל אף קיין אָרט ניט אײַנגעזעסן, נאָר געהאלטן אין 
איין אומגיין פון זײַן אופנעם-צימער צו די אָנגעשטעלטע, און פון דאָרט, 
ווידער, צוריק, נישט דארפנדיק נישט דאָ, נישט דאָרט, גאָרנישט; אזוי 
װײַט--אז ער האָט קײינמאָל די טיר פונעם געוויינלעכן קאָנטאָר-ארױס- 
גאנג נישט געפונען, און יעדער מאָל האָט ער גראָד אָנגעטראָפן צו דער 
הינטער-טיר, װאָס איז שטענדיק געשלאָסן, און אז מ'האָט אים אופמערק- 
זאם געמאכט און א זאָג געגעבן ,נישט דאָ.. נישט דורכדאנען, באלע- 
באָס..."-- פלעגט ער זיך א כאפּ טאָן: ,אך, ניין, טאקע נישט דורכדאנען? 
און דאָך האָט ער די קליאמקע פון די הענט ניט ארױיסגעלאָזט, און ווען 
די טיר איז געווען אפן קייטל פארשלאָסן, פלעגט ער עס אראָפּנעמען, און 
דאפקע דורך דאָרט, דורכוואנען קיינער גייט קיינמאָל נישט, האָט ער זיך 
איצט זײַן ארויסגאנג געמאכט... 

יאָ, צעטראָגן... זייער צעטראָגן.. און אָט אזא האָט ער זיך איצט, 
לויט זײַן איידעמס אייצע, צו יאנקעװ-יאָסין אװעקגעלאָזט, און פארשטענד- 
לעך שוין, װאָס פאר א דערפאָלג ס'האָט אף אים געווארט, אין אזא-אָ 
לאגע גייענדיק צו יענעם. 

מאָל דיר, ווען אפילע א מער רויַקער און מער מעיושעװוער, און ווען 
אפילע א מענטש נישט מיט איין קאָפּ, נאָר מיט צוויי װאָלט צו יאנקעוו- 
יאָסין אָנגעקומען, װאָלט אויך יענער גלײַך דערקענט, צוליב װאָס מ'האָט 
זײַן שוועל איבערגעטראָטן און װוּ דער שוך קוועטשט... ביפראט דאָ, בא 
מוישע מאשבער, װאָס איין קליינער קוק האָט געניגט, אז יאנקעװ-יאָסי 
זאָל גלײַך דערזען, װוּ ס'האלט און װוי װײַט מוישע מאשבער איז שין 
אפן שלימאזלדיקן וועג. 

וי נאָר מוישע מאשבער איז ארײַן אין קאָנטאָר צו יאנקעװ-יאָסין און 
געבעטן, אז אזויווי ער האָט א נײיטיקן איניען און װאָלט װעלן בלײַבן 
אויג אף אויג מיט אים, און דערום זאָל יאנקעװ-יאָסי אזוי גוט זײַן די 
טיר פארשליסן און א װײַלע קיינעם ניט אופנעמען, מזאָל ניט שטערן, 
און יאנקעװ-יאָסי האָט דאָס געטאָן און האָט גלײַך אליין פארשלאָסן די 
טיר, -- אזוי האָט מוישע מאשבער, וי נאָר ער האָט פארנומען אן אָרט 
אף א בענקל אנטקעגן יאנקעװ-יאָסין, עפּעס גענומען זוכן בא זיך אין די 
קעשענעס... 

צי ער האָט באדארפט זײַן פאטשיילע, איידער ער װעט ארויסקומען 
מיט זײַן איניען, צי ער האָט געזוכט עפּעס א פּאפּיר, װאָס ער האָט זיך 
אַנגעגרײט, גײיענדיק אהער, --א מין קאָפּיע פון א באלאנס, וועלכן ער 
האָט געזאָלט באװײַזן יאנקעװו-יאָסין, אז יענער זאָל זיך איבערצײַגן, אז 
אלץ איז בא אים, באָרעךיהאשעם, אין אָרדענונג און אז זײַן מײַמעד-- 
נישט צו פארזינדיקן, און אז נאָר די שווערע צײַט האָט גוירעם געווען, 
ער זאָל איצט מוזן אָנקומען: --אזוי צי אזוי, נאָר ער האָט זיך גענומען 
דרייען אין אלע זײַטן, פריִער געזוכט אין בוזעםיקעשענע, דערנאָך אין 


543 


די הויזן-טאשן, װוּ ער האלט קיינמאָל גאָרנישט, און ער האָט זיך אפילע 
אופגעהויבן פון זײַן בענקל, א קוק צו טאָן, צי ער האָט דאָרט נישט 
ליגן דאָס געזוכטע... 

ער איז באלד מעװוּלוול געװאָרן, צוזעענדיק, וי יאנקעװ-יאָסי קוקט 
שוין אף אים גלײַך צום אָנהייב אָן מיט ביליקן מיטלײַד, װי אף איינעם, 
װאָס מיינט זיך האלטן אין דער מײַלע און װיל נישט ארױיסװײַזן זײַן 
פארלױירנקײַט, אָבער ס'גיט זיך אים ניט אײַן, און פון נישט קאָנען זיך 
באהערשן, ווערט ער נאָך מער צעטומלט און פארלוירן. 

מוישע מאשבערס צעטומלונג האָט זיך טאקע באלד ארויסגעוויזן, ווען 
ער האָט גענומען, שטאמלענדיק, אויסלייגן פאר יאנקעװײיאָסין, װאָס ער 
וויל,. ער איז געקומען בעטן, -- האָט ער געזאָגט, --אויב ס'איז מעגלעך, 
א געוויסע סומע נאָר אף א קליין שטיקל צײַט, ביז די געשעפטן װעלן 
זיך פארבעסערן, און ער װעט זײַן אימשטאנד צוזאמען מיטן פריַערדיקן 
כויוו אויך דעם איצטיקן אומקערן... ער װעט ג עװיס זײַן אימשטאנד.. 
ס'איז גאָר קיין סאָפעק נישט.. יאָ, און נאָך יל ער זאָגן, אז פון קיין 
פּראָצענטן פאר דער האלװואָע רעדט ער איצט נישט, -- ער וויל ניט ריידן... 
ער װועט זיך ניט שטעלן, און דאָס הייסט, אז ער איז גרייט צו געבן, וויפל 
יאנקעװ-יאָסי װועט אליין פארלאנגען, אויב ער גייט אײַן און אויב סצייט 
אים נאָר אינדרינען... 

ער האָט אוואדע א נארישקײַט געטאָן, מוישע מאשבער, ווען ער האָט 
געזאָגט, אז פון פּראָצענטן רעדט ער ניט... ס'ניט קיין גאנג און גאָר ניט 
מײַסעיסויכער, אפילע ווען מ'האנדלט ניט מיט אזא מייוון אף לאגעס און 
אף זאכן, װי יאנקעװ-יאָסי; װײַל דאָס פארשטייט דאָך א ליאדע וער, 
אז װער ס'איז בעעמעס אין דער מײַלע און וועמען ס'קווצטשט ניט איבע- 
ריקס, דער װעט געוויס ניט מאסקים זײַן צו געבן מער פון דער נאָרמע, 
װאָס איז אײַנגעשטעלט פאר באָטוכים... מ'ווארפט זיך ניט מיט פּראָצענטן, 
און װער ס'איז ניט קיין שווינדלער און האלט נישט ערעוו אָנזעצן, דער 
דינגט זיך און באשטייט אף זײַנעם, װײַל אויב ניט בא דעם, װעט ער, 
זיכער, קריגן געליִען בא אן אנדערן. 

-- ניין, נישט אין קיין פּראָצענטן גייט דאָ, נאָר אין קערן..--האָט 
יאנקעװװ-יאָסי, אויסהערנדיק מוישע מאשבערן, אינמיטן א װאָרט, א מין 
זײַטיקע באמערקונג ארײַנגעשטעלט, 

-- אין קערן? אוואדע אין קערן! װאָס זשע? יאנקעװ-יאָסי איז, כאָלילע, 
מעסופּעק אין אים, אין מוישע מאשבער, מיט װעמען ער האנדלט שין 
אזוי לאנג און ווייסט, אז ער האָט זיך ביז אהער, גאָט זײי דאנק, מיט 
אלעמען אויסגעהאנדלט, װי ס'געהער, 

-- ניין, -- האָט אים יאנקעװ-יאָסי די רייד איבערגעשלאָגן און אים 
פארזיכערט, אז ער מיינט, כאָלילע, ניט קיין בייז און אז ער איז גאָר- 
נישט ניט כוישעד... ער מיינט נאָר, אז פּראָצענטן שפּילן איצט ניט קיין 
ראָליע, און אז אויך א מענטש מיט א גוטן נאָמען איז קיין באװאָרעניש, 
װײַל אפילע דער, וועמען מ'האָט ביז אהער געטראָגן פון אלע זײַטן, װי 
א גוטן באָטועך, און אים געב עטן נעמען, װײַל יענעמס וועקסלען זײַ- 


24--9 544 


נען קוראנט, וי מעזומאָנים, איז איצט זײַנען ניטאָ די טרעגער: געלט איז 
אין גרויס כשיוועס, מ'לאָזט עס פון די הענט ניט ארויס, מ'גלייבט ניט, 
װײַל סאיז טאקע שװוער צו גלייבן. 

-- װאָס רעדט רעב יאנקעװיאָסי? --האָט מוישע מאשבער אומרויַק 
פון בענקל זיך א הייב געטאָן און פארװוּנדערט א פרעג געגעבן. 

-- כאָלילע, ער מיינט ניט אים, ער מיינט ביכלאל.. און װאָס געהער 
איִם, יאנקעװ-יאָסין, איז ער איצט אויך געענגט. ער מאכט קיין געשעפטן 
ניט. און אויב ער װאָלט יאָ געמאכט, איז נאָר אין אן אויסנאם, אי דאָס 
אויך מיט א באדינג: זיך גוט באװאָרענען. 

-- מיט װאָס, לעמאַשל?--האָט מוישע מאשבער, כאָטש צעטומלט, 
דאָך דערזען, װוּהין יאנקעװ-יאָסי צילט. 

-- מיט וויסן, װוּהין די האלװאָע װעט אהינקומען און אף װאָס זי 
וװעט אויסגענוצט װערן. 

-- װאָס הייסט? 

-- דאָס הייסט, אז אויב די האלװאָע װוערט געגעבן יענעם צו הילף 
און זיך ניט צום שאָדן, איז מאכטייסע. און אויב ניט, איז דער, װאָס 
גיט --- אלעמאָל, ביפראט איצט --א כאָסערדײע. ער פארשטייט דאָך, מוי- 
שע מאשבער, אז סזײַנען פאראן האלװאָעס, װאָס פארזינקען װי אין א 
גרוב: די לאָך איז צו גרויס, אז דאָס, װאָס מ'גיט אהין ארײַן, זאָל זי 
פארפילן... ס'איז ניט זיך און ניט יענעם. 

-- איז פון װאָס זשע פאר א באװאָרעניש רעדט ער? 

-- ער װאָלט, פאר אלעמען, זיך געװאָלט באקאנען מיטן געשעפט, זען, 
וי ס'האלט: מיט וויפל דער אייגנטימער האָט דאָרט צו שטעקן און אף 
וויפל איז ער הינטערשטעליק. און דעמלט, אויב סװואָלט געלוינט, אויב 
דאָס געשעפט װאָלט זיך געלאָזט מאכן, װאָלט ער, יאנקעװו-יאָסי, צו דעם 
צוגעשטאנען װי א שוטעף. 

-- ניין, דאָס ניט!--האָט מוישע מאשבער זיך א כאפּ געגעבן און 
מיטאמאָל אנטשלאָסן א זאָג געטאָן, אי זיך אליין, אי אז אויך יאנקעוו- 
יאָסי זאָל דאָס דערהערן. 

-- װאָס ניט? 

-- שוטפעס... שוטעף איז מען מיטן װײַב, שוטעף מיט די קינדער, 
שוטעף איז ער, לעסאָף, מיט גאָט, אָבער מער מיט קיינעם. ניין, סציטאָ 
פון װאָס צו רעדן... 

-- ניט, איז ניט, -- האָט יאנקעװ-יאָסי א זאָג געטאָן, און ביידע האָבן 
זיך פון די בענקלעך אופגעהויבן, װײַל די אונטערהאנדלונגען זײַנען 
איבערגעריסן געװאָרן שוין גלײַך צום אָנהײיב... 


4 * 8 


מאכמעס צאלי דערבארעמדיקער איז געווען א גראָבער פליגל און א 
שלעכט-פארשעמטער פאר זײַן שלעכטן באגיין זיך מיט אָרעמעלײַט, וועל- 
כע ער פלעגט לײַען קליינגעלט פאר גרויס-בארײַסערישע פּראָצענטן; און 


49 


מאכמעס ער איז, כוץ דעם, אויך געווען א ווילדער אמהאָרעץ, װאָס כוץ 
געלטיזאכן האָט ער קימאט ניט געװוּסט קיין קאָמעץיאלעף, --האָט ער 
דערום אין אזא שטוב, װי צו יאנקעװ-יאָסין, קיינמאָל קיין צוטריט ניט 
געהאט. אין קאָנטאָר --- יאָ, ווען ס'האָט זיך געהאנדלט וועגן געלט-אָפּע- 
ראציעס, קורסן, אקציעס, פּאפּירן, פּראָפיט און ענלעכע. אָבער, וויסנדיק 
זײַן מינדערווערט, האָט ער צו יאנקעװו-יאָסין אין שטוב זיך קיינמאָל נישט 
געוויזן. 

אויב זשע ער האָט אין איינעם א פרימאָרגן, מיט אייניקע טעג שפּע- 
טער נאָך מוישע מאשבערס באזוך בא יאנקעװ-יאָסין, זיך יאָ דערלויבט 
יאנקעװו-יאָסיס שװועל אריבערטרעטן, איז א סימען, אז גאָר א וויכטיקער 
איניען האָט אים דערצו געשטויסן. 

יאנקעװו-יאָסי איז, װי אלע מאָל אינדערפרי, געווען אין בלוי-פלאנע- 
לענעם כאלאט, מיט עטװאָס צענומענע פּאָלעס, שוואך אונטערגעבונדן מיט 
א גארטל פון זעלבן שטאָף, װי דער כאלאט. 

ער איז געזעסן אין עסישטוב, גרויס װי א פעלד, װאָס בעשאס ער 
האָט געבויט דעם מויער, האָט ער זי אין זינען געהאט צו פּלאנירן-- 
פריער אף פּאפּיר, דערנאָך, בייס דער בױוּנג, אומצוגיין, מעסטן און בא- 
װײַזן די באלמעלאַכעס די ברייט און די לענג, וועלכע ער באגערט צו 
האָבן, און װאָס דאָס איז, אגעוו, אויך געווען איינער פון זײַנע גווירישע 
קאפּריזן: אלע צימערן, װי אלע, נאָר דאָס עס-צימער זאָל אים זײַן איינס 
אין שטאָט -- פאר אים, פאר געסט און אף סימכעס. און צוגעפּאסט צו דער 
גרייס פון אָט דעם צימער האָט ער באשטעלט באם באשטענדיקן סטאָליער 
א דעמבענעם טיש אף א צען-צוועלף מענטשן די ברייט און אף דרײַסיק 
אין דער לענג -- זײַן געוויינלעכע גרייס, און בייס א סימכע האָט ער זיך 
געלאָזט צערוקן און קימאט צוויי מאָל לענגער װערן 

יאנקעװ-יאָסי איז געזעסן בא אָט דעם טיש, װאָס פון איין עק צום 
צווייטן האָט מען באדארפט אריבערשרײַען, װײַל געוויינלעך האָט דאָס 
קאָל ניט דערגרייכט. ער איז געזעסן בא א זודיקן סאמאָוואר, בא איינעם 
פון די דרײַ, וועלכע מ'האָט אין פארשיידענע צײַטן גענוצט: איינער א 
הויכער, א מעשענער, װי אף א װאָקזאל, אף א גאנץ יאָר; א צװייטער, 
די זעלבע גרייס, אויך פון מעש --אף פּײיסעך, און א דריטער, עטװאָס 
קלענער, נאָר פון זילבער, ווען ס'איז א געהויבענע סימכע, --אף װײַן 
קאָכן. 

ער איז געווען אליין, װײַל זײַנע שטוב-אייגענע פלעגן שפּעט אופ- 
שטיין, און מערסטנטייל פלעגט מען זיי ברענגען די טיי אין די באזונדערע 
וװווינונגען אין באזונדערע טשײַניקעס, אף טאצן. ס'איז געווען מיט אים 
נאָר זײַן מעשאָרעס, וועלכער פלעגט אים באדינען --אמאָל דאָס טאבעק- 
פּושקעלע דערלאנגען, אמאָל דאָס פוס-בענקעלע אונטערטראָגן, אמאָל 
אנדערע זאכן. 

אז צאלי דערבארעמדיקער האָט באדארפט ארײַן צו יאנקעװ-יאָסין, 
האָט ער זיך געפילט ניט איבעריק פרײַ. צוגעגאנגען צו יאנקעװ-יאָסיס 
טיר פון דער דרויסן-זײַט, האָט ער זיך א ביסל פארהאלטן און זיך ארומ- 


40 


געקוקט, צי איז ער אין אָרדענונג, צי זײַנע שיך זײַנען ניט שמוציק. ער 
האָט אפילט זיך אויסגעהוסט און דעם גאָרגל ריין געמאכט, איידער ער 
האָט די שוועל אריבערגעשפּאנט. 

ער האָט זיך פארהאלטן און געקװוענקלט נישט נאָר איצט, שטייענדיק 
פאר דער טיר, נאָר אויך פריִער, ווען ער האָט לאנג געטראכט, צי זאָל 
ער מאכן אָט דעם ויזיט צי ניט. ער האָט זיך אָבער געמוזט באשליסן. 

-- װאָס איז די מײַסע? 

א קלאנג האָט זיך דערטראָגן צו צאלין, אז מוישע מאשבער האָט שטי- 
לערהייט, נאָך מיט א צײַט פריִער, איבערגעשריבן אלע זײַנע געשעפטן 
אף קינדערס און קרויווימס נעמען... 

מ'ווייסט נאָך ניט, צי ס'איז עמעס, נאָר פאר אזא װי צאלי איז אליין 
אָט דער קלאנג געווען גענוג, ער זאָל אים אופרודערן און פון די קיילים 
ארויסברענגען. 

א קלײניקײַט: ער, צאלי, װאָס כאפּט ארײַן א שטיק פון יעדער אָנזעץ, 
אפילע ווען ער האָט צו אים קיין שײַכעס ניט, זאָל דאָ אזוי מיִעס ארײַנ- 
פאלן און אזוי אָפּגעפריצעװעט װערן, אז ניט נאָר ער זאָל ניט באװײַזן 
ארויסראטעווען די געלטן פון די באליהאלװאָעס, וועלכע ער האָט נא- 
ראיעט מוישע מאשבער, נאָר אפילע זײַן אייגן געלט, מיט וועלכן ער איז 
געבליבן שטעקן, װי מיט א פארקלעמטן פוס, אים ניט ארויסצוכאפּן. 

-- פע! -- האָט ער זיך געזאָגט און זיך געהאלטן אין איין זידלען. -- 
דאָס איז אן אייסעק פאר אלעמען, אָבער ניט פאר אים, װאָס זינט ער איז 
ער -- צאלי, האָט זיך אזוינס מיט אים ניט געטראָפן און ניט געקאָנט 
טרעפן. 

פון גרויס ערגער האָט ער ניט געקאָנט אײַנשלאָפן, און וואך בלײַבנ- 
דיק גאנצע נעכט, פלעגט ער אלעמאָל עפּעס א וילדן ברום ארױסלאָזן, 
גלײַך ס'װואָלט אים עמעצער א ביס טאָן פּלוצלינג. 

-- הא? װאָסי? -- האָט דאָס װײַב פון אנטקעגניבערדיקן בעט זיך אלע- 
מאָל אופגעכאפּט א דערציטערטע פון זײַן אויסגעשריי. -- װאָסי? מ'קלינגט? 
ס'ברענט? 

-- ווער ברענט? װאָס ברענט! ס'ברענט ניט! 

-- װאָס זשע שרײַסטו? 

-- איך ברעף 

-- ווּ, װאָס? 

-- שלאָף, שלאָף, סציט דײַן זאך, ניט דײַן אייסעק, -- פלעגט צאלי 
אף זײַן אויפן זײַן װײַב בארוייקן און זי ניט לאָזן זיך מישן אין זײַנע 
געשעפטן. און אליין ער פלעגט אויך װײַטער וואך בלײַבן, א זיצנדיקער 
אָדער א ליגנדיקער, און פון צײַט צו צײַט פלעגט ער וידער ארויס מיט 
א ברום, װי פון א ביס. 

אזוי באנאכט. און באטאָג איז ער ארומגעגאנגען א פארמאָרעשכוירע- 
טער און מיט א האלב געשלאָסן מויל, און נישט געװאָלט זיך טיילן אפילע 
מיט די זײַן"גלײַכן געלטימעקלער, װי מיט א שאָלעם שמאריאָן, מוירע 
האָבנדיק זיי טרויען און מיט זיי זיך אן אייצע האלטן; ביז ער האָט נאָך 


547 


לאנגן טראכטן זיך באשלאָסן און אין אװועק צו יאנקעװ-יאָסין נאָך אן 
אייצע. 

ער האָט געװאָלט װויסן: ערשטנס, צי איז אויך צו יאנקעװ-יאָסין דער- 
גאנגען דער קלאנג; צוייטנס, אוב יאָ --איז צי לאָזט זיך עס אים 
גלייבן; דריטנס, אויב וװידער יאָ, איז װאָס האלט ער פאר גלײַכער; צִי 
מ'זאָל לאָזן מוישע מאשבער זיך א ליין דערקלערן באנקראָט, ווען ער, 
מוישע מאשבער, װעט װעלן; צי ניין, צי זאָל מען אים פארלויפן דעם 
וועג און אים צװוינגען זיך דערקלערן, ווען זײי, וען די באלכויוועס, 
װעט דאָס לוינען... נישקאַשע, מיטלען און מעגלעכקײַטן זײַנען פאראן א 
סאך, מע זאָל אים דעם לעצטן שטויס טאָן, איידער ער װעט זיך אויסבעטן 
און זיך ריכטן אפן שטויס, 

-- א גוט-מאָרגן, -- האָט צאלי א זאָג געטאָן, ווען ער איז ארײַן צו 
יאנקעװ-יאָסין אין באװוּסטן עס-צימער און אים געטראָפן בא דער טײ, 
באם אױבנאָן פון גרויסן טיש. א סװאָרע, אז ער האָט דעם גוטמאָרגן אי- 
בערגעכאזערט צוויי מאָל;: צוערשט, ווען ער האָט מיט גרויס אָפּשײַ די 
שוועל אריבערגעשפּאנט און מ'האָט אים נישט דערהערט, מאכמעס דער 
צימער צו גרויס, דער טיש -- צו װײַט, און דאָס אָרט, װוּ יאנקעװו-יאָסי אין 
באם צווייטן עק געזעסן, נישט צו דערגרייכן; און דאָס צווייטע מאָל, ווען 
ער איז נעענטער אונטערגעקומען און זיך שוין גאָר נאָענט פאר יאנקעוו- 
יאָסין פאָרגעשטעלט. 

-- גוט-מאָרגן, גוט-ײיאָר, -- האָט אים געענטפערט יאנקעװו-יאָסי, װאָס 
איז געווען פארנומען מיט דער טיי און האָט נאָך דערצו געהאט עפּעס פאר 
זיך ליגן א סייפער, אין וועלכן ער האָט ארײַנגעקוקט, -- װאָס װעט ער 
זאָגן אזוי פרי? 

-- שעפטל!-- האָט זיך יאנקעװ-יאָסי געװענדט צו זײַן מעשאָרעס-- 
א שטארק-קורצזיכטיקער, צוגעשלאָגענער טאם, װאָס האָט געהאלטן די 
רעכטע זײַט קערפּער אף לינקס איבערגעבויגן, װי א קרומע קאראָמיסלע. -- 
גיס אָן טיי, שעפטל, 

-- ניין, א דאנק... ער האָט שוין געטרונקען.. -- האָט זיך צאלי אַפּ- 
געזאָגט פון דערעכערעץ און פון נישט היימיש זײַן אין אזא הויז, וי 
יאנקעװו-יאָסיס, -- ער איז געקומען וועגן געשעפט... -- האָט צאלי געזאָגט 
און בײסמײַסע האָט געכאפּט עפּעס א קוק מיט פארדאכט אפן מעשאָרעס. -- 
ער האָט געװאָלט איבערעדן, אויב מעגלעך, אויג אף אויג,--האָט ער 
װײַטער געזאָגט און וי זיך אָנגעפרעגט בא יאנקעװו-יאָסין, צי געטריט 
ער זײַן באדינער, אָדער עפשער דארף מען זיך פאר אים היטן. 

-- ניין, -- האָט יאנקעװו-יאָסי פארשטאנען צאליס מיין און דערבײַ מיט 
גרויס ביטל אוועקגעקוקט פון זײַן באדינער, װי גלײַך יענער װאָלט געווען 
א מין באלכײַ, א שטומע צונג, פאר וועמען מע מעג אלץ זאָגן, אלץ רעדן, 
אָן שום מוירע, 

-- ער האָט געװאָלט פרעגן, -- האָט צאלי דאָס מאָל שוין א בארויַקטער 
א זאָג געטאָן: -- צי װאָלט יאנקעװ-יאָסי עפשער באשטאנען איבערטרעטן 
די וועקסלען פון איינעם זײַנעם א פארשולדיקטן, װאָס האלט שמאָל און 


248 


װאָס, װי מע שמועסט, װעט ער הײַנט-מאָרגן, מעגלעך, מאכן פּלײטע.. 
פארשטענדלעך, -- האָט ער באלד, טאקע טאָךיקעדיי-דיבער צוגעגעבן,-- 
אזויווי ס'איז א ריזיקע, דארפן די וועקסלען אָפּנעגעבן װערן פאר א פיל 
קלענערן סכום, אף וויפל זיי זײַנען געכאסמעט. 

-- און װער איז עס דער פארשולדיקטער, און װער איז דער באלן אֹף 
זײַנע וועקסלען? 

-- דער פארשולדיקטער איז מוישע מאשבער, און דער באלן איז טאקע 
ער -- צאלי. 

-- און צוליב װאָס טוט ער דאָס? 

-- װאָס הייסט , צוליב װאָס"? צוליב געשעפט!. ס'טראָגן זיך זייער 
נישט קיין גוטע קלאנגען וועגן מוישע מאשבער... 

-- איז לאָכין? איז דאָך אדעראבע... 

-- איז װיל ער פונדעסטוועגן פּרוּוון אײַנשטעלן, 

-- װאָס הייסט? 

-- דאָס הייסט, אז אויב די קלאנגען װעלן זיך ארויסשטעלן פאלש, 
איז קויפנדיק די וועקסלען פאר א קלענערן סכום, אף וועלכן זיי זײַנען 
ארויסגעגעבן, ועט ער פארדינען דעם אונטערשייד... אויב זשע, פארקערט, 
די קלאנגען זײַנען עמעס -- איז מיילע, פּרוּוװוט ער, ריזיקירט ער, וי אין 
אלע געשעפטן, ווען מע שפּילט, װי אין א קאָרט. 

--יאָ, -- האָט יאנקעװו-יאָסי א זאָג געטאָן, -- אָבער פארװאָס מיינט צא- 
לי, אז ער, יאנקעװ-יאָסי, איז א קלענערער אײַנשטעלער און אליין נישט 
קיין ריזיקאנט. 

-- אוואדע איז ער... אוואדע קאָן ער.. ער האָט נאָר געמיינט, אז 
עפשער וועט יאנקעװ-יאָסי ניט װעלן האָבן מיט דעם צו טאָן... עפשער איז 
דאָס פאר אים קיין אייסעק... עפשער וויל ער גיין אף אן אײַזערנער בריק 
און זיך ניט בינדן מיט אזא, װאָס מזאָגט שוין אפילע, א סװאָרע, אז 
ער האָט אויסבאהאלטענערהייט איבערגעשריבן די געשעפטן אף פרעמדע 
נעמען און זיך באװאָרנט אזוי, אז קיינער פון זײַנע באל-האלװאָעס זאָלן, 
בעשאס ער װעט זיך ,, שטעלן", קיין האָר פון זיי נישט קאָנען אָנרירן, 
קיין פאָדעם. 

-- אזוי שמועסט מען?--האָט יאנקעװ-יאָסי זיך אומרויק פון בענקל 
א הייב געגעבן און א פרעג געטאָן פארװוּנדערט. -- אזוי! -- האָט ער װײַ- 
טער געזאָגט, און מ'האָט געזען, אז אָט די יעדיע וועגן מוישע מאשבער 
האָט אים פון דער פרימאָרגנדיקער מענוכע ארויסגעפירט און אים אפילע 
געשטערט אף זײַן זיץ-אָרט בלײַבן. 

-- שעפטל! -- האָט ער זיך מיטאמאָל א ווענד געטאָן צו זײַן טאמעווא- 
טע מעשאָרעס, װאָס איז געשטאנען האלב שלעפעריק, האלב פארטראָגן, 
און דאָס, װאָס יאנקעװ-יאָסי און צאלי האָבן צװישן זיך געשמועסט, איז 
אים נישט אָנגעגאנגען און האָט דערגרייכט צו זײַן אויער, נאָר װי פליגן 
װאָלטן ערגעץ װײַטלעך געזשומעט. -- שעפטל! -- האָט אים יאנקעװ-יאָסַי 
אָנגעװיזן אף דער האלב-אויסגעטרונקענער און עטװאָס קיל-געװאָרענער 
טיי. -- דערגיס... מאך הייס... 


249 


א סװאָרע, אז העלפט פון דעם, װאָס יאנקעװ-יאָסי האָט איצט אויסגע- 
הערט פון צאלין, האָט ער געװוּסט און זיך געשטויסן נאָך דעמלט, ווען 
ער איז געבליבן נאָך מוישע מאשבערס לעצטן באזוך אליין און א קלער 
געטאָן, אז יאָ: יענער האלט שוין באם עק... אָבער די צווייטע העלפט-- 
וועגן דעם, אז מוישע מאשבער האָט הינטן-ארום פארטראכט אויסנארן און 
ארומגיין זײַנע באלכויוועס אף אזא אומלײַטישן און נישט-פּײַנעם אויפן -- 
דאָס איז געווען פאר אים א נײַס, און דאָס האָט אים איצט אופגערודערט, 
ארויסגעפירט פון רודשטאנד, אופגעהויבן פון בענקל און אים געמאכט 
אומשפּאנען אין דער ברייט פון טיש, באם גאנצן אױבנאָן... דאָס האָט אים 
אויך געבראכט זיך א ווענד טאָן צו זײַן מעשאָרעס שעפטל מיט א באפעל 
אים די טיי הייס צו מאכן, זי דערגיסן, ווען אינדערעמעסן האָט ער ניט 
זי אין זינען געהאט, נאָר דאָס, װאָס האָט אים אופגעבראכט און אים 
געצװוּנגען -- מער פאר זיך, װי פאר צאלין, --די פאָלגנדיקע װוערטער 
ארויסברענגען: 

-- ניין, -- האָט ער געזאָגט, -- ער האָט א טאָעס, יענער, אויב ער מיינט 
אף אזא אויפן זיך אויסדרייען און נאָך בלײַבן לײַט.. ניין, אויב מיט 
גוטן, אויב א פארשולדיקטער האלט שלעכט און קומט זיך בעטן, מע זאָל 
אים דאָס פּאָנעם ניט פארשווארצן און ניט ברעכן פון מײַמעד, איז א 
מיצווע, איז מאכטייסע, איז טוט מען דאָס.. אָבער אזוי --- אָפּשװינדלען, 
פארגיין פון א זײַט, אויסנארן און באנעמען --דערוף איז דאָ א דין, א 
דײַען, דערוף איז סאָפקאָלסאָף אויך דאָ א גױיַשער געריכט... מ'האָט שוין 
געזען אזוינע, און מ'טוט זיך מיט זיי אן אייצע... ניין. 

-- יאָ, -- האָט צאלי זיך ארײַנגעכאפּט אינמיטן יאנקעװו-יאָסיס רייד, -- 
אָבער ויאזוי לאָזט זיך דאָס דערװײַזן פארן געריכט? ויַאזוי קאָן מען 
דערװײַזן, אז די וועקסלען, װאָס דער פארשולדיקטער גיט ארויס צוליב 
שווינדל יענע, אף װעמעס נעמען ער שרײַבט איבער די געשעפטן אז 
קלוימערשט איז ער זיי שולדיק נאָך פון פריִער און נאָך איידער ער האָט 
זיך בא אלע אנדערע באלכויוועס אָנגעליִען, --ויאזוי באװײַזט מען, אז 
אָט די וועקסלען, אויסגעשטעלט אף פריִערדיקע שווינדלערישע זמאנים, 
זײַנען אויסגעטראכט און אז דער גאנצער אייסעק מיטן איבערשרײַבן איז 
שאכער-מאכער און מאניפאָרגע? 

-- וויאזוי? -- האָט יאנקעװו-יאָסי געענטפערט. -- מ'ווייסט שוין. מ'האָט 
דאָס שוין נישט איין מאָל דורכגעמאכט, און אזא איינער האָט שוין נישט 
איין מאָל שלעכט אָפּגעשניטן, און מ'האָט אים איבערגעפירט אף אומזיסטע 
קעסט אין די הויכע קאזיאָנע פענצטער.. 

-- אזוי? -- האָט צאלי א זאָג געטאָן, װען ער האָט דערזען, װי יאנ- 
קעװו-יאָסי איז פארינטערעסירט און װאָס פאר א טיכטיקן אָנטײל ער איז 
גרייט צו נעמען, װי א גרויסער באלייעכוילעס, אף ארױסצושלאָגן די 
מעגלעכקײַט פון מוישע מאשבער, אויב יענער װעט זיך לאָזן אפן געוויסן 
וועג. -- אזוי? איז, הייסט עס, קלערט יאנקעװ-יאָסי, אז ס'לאָזט זיך יאַ 
דערװײַזן... איז אויב אזוי, װיל ער בא אים נאָך עפּעס פרעגן: װי מיינט 
ער, צי דארף מען אזאיאָ דאָך אויסווארטן, װײַל עפשער װעט ער זיך 


550 


באדענקען און װעט זיך אָפּזאָגן פונעם געדאנק, װאָס איז אים, מעגלעך 
יאָ, מעגלעך נאָך ניט אופגעקומען -- מ'ווייסט נאָך ניט.. צי ניין, צי איזן 
שוין גענוג אליין דער קלאנג, אז זײַנע באלכויוועס זאָלן האָבן די רעכט 
איִם צו פארפאָרן אזוי, אז אויב אפילע ער ווינט אין גאָר װײַטער שכיי- 
נעס מיטן דאָזיקן געדאנק, זאָל ער פון אים אוועקוקן און נאָענט צו אים 
נישט װעלן צוגיין... ער מיינט, צאלי, צי איז דאָס לויטן דין, צי סאָכריש, 
און צי האָט מען רעכט, איידער יענער דערקלערט זיך אליין באנקראָט, 
אים צו צווינגען דערצו און נישט דערלאָזן צו װעלן טאָן דאָס, װאָס 
מענטשן אין אזא לאגע טוען אמאָל אָפּ--יענעם צו שאָדן און זיך אליין, 
װי יאנקעװ-יאָסי האָט דאָ נאָרװאָס געזאָגט --אויך ניט לעטויווע, הא? 
וי מיינט ער? 

-- אוואדע לויטן דין! אוואדע סאָכריש! אוואדע מעג מען און אוואדע 
האָט מען אויך די רעכט דערוף, װײַל ס'איז דאָך אין ערגעץ ניט געזאָגט, 
אז אויב עמעצער ויל דיר טאָן א ראָע, זאָלסטו אים אנטקעגן גיין און 
בעטן אף זיך די ראָע.. פארקערט: ,הבא להרגך, השכם להרגו"?---איז 
געזאָגט. און דאָ איז דאָך דער פאל, ווען אף יענעם איז שוין גאָר קיין 
ראכמאָנעס ניט. פארקערט, דער גרעסטער ראכמאָנעס װעט זײַן, אויב מע 
װעט אף אים ניט ראכמאָנעס האָבן.. ס'מאכט ניט אויס, -- האָט יאנקעוו- 
יאָסי גענומען זײַנע לעצטע וװוערטער צו דערקלערן --װאָס ס'איז נאָר 
א קלאנג: װײַל, ערשטנס, אז מ'קלינגט, איז א כאָגע.. און מעגלעך גאָר, 
אז יענער האָט אליין געלאַזט דעם קלאנג, קעדיי צו האָבן א טערעץ פאר 
זײַן שטשערבאטן און קאליע-געװאָרענעם יוישער און זיך קאָנען זאָגן, אז 
וויבּאלד מ'קלינגט שוין סײַװי און וויבאלד מ'האלט אים שוין אזוי אויך 
פיייק אף שווינדל, איז פארװאָס זאָל ער טאקע ניט שוינדלען אף אן 
עמעס, װײַל סײַװי איז ער שוין אונטערגעריסן און זײַן נאָמען איז פאר- 
פלעקט... אזוי אז ווען באלכויוועס טוען באצײַטנס, װאָס מ'דארף, מ'פאר- 
לויפט יענעם דעם וועג און מ'דערלאָזט אים ניט אויספירן דאָס גענארערל, 
ראטעוװועט מען דעמלט זיך אליין, אי אויך דעריקער יענעם, דעם באל- 
דאָװער, װאָס פון אזא זאך קאָן ער, װי געזאָגט, גאָר שלעכט אָפּשנײַדן, -- 
אזוי אז ס'איז, פאר אלעמען, גאָר זײַן טויווע.. 

-- אזוי?! -- האָט זיך צאלי גלײַך אָנגעכאפּט פאר יאנקעװ-יאָסיס לאמ- 
דאַנישער האמצאָע, אז ס'איז, אייגנטלעך, גאָר א מיצווע און פאר יענעם 
א טויווע אים אין גרוב ארײַנשטױסן און ניט דערלאָזן, ער זאָל דאָס 
אליין טאָן. -- טאקע? 

-- יאָ, אי ,על-פּי דיני ישראל", אי , על-פּי דיני עכו"ם"?-- מעג מען, 
דארף מען, און ס'איז אויך א יוישער, -- האָט יאנקעװו-יאָסי א זאָג געטאָן 
פּעסט און צופרידן דערפון, װאָס ס'האָט זיך אים אײַנגעגעבן אויסגעפינען 
א העטער אף אזא זאך, װאָס אפן ערשטן קוק זעט זי אויס צו זײַן אן 
אוולע, װאָס גרענעצט מיט גאזלאָנעס... 


? װער ס'וויל דיך הארגענען, פעדער זיך און הארגע אים; ? אי לױטן ייַדישן 
דין, אי לויטן ניט-ייַדישן. 


דס 


1 


פון צופרידנקײַט האָט ער אפילע אופגעהערט אומשפּאנען בא דער 
ברייט פון טיש, באם אױבנאָן... און אז ער איז צוריק געקומען צו זײַן 
אָרט און האָט א טאפּ געגעבן די נישט-דערטרונקענע גלאָז טײ, װאָס 
שעפטל, זײַן מעשאָרעס, האָט אים דערגאָסן און װידער הייס געמאכט, האָט 
ער א זאָג געטאָן ווידער מער פאר זיך, װי פאר צאלין: , אוואדע מעג מען... 
לעכאָל-יהאדייעס?. 

ביידע, סײַ צאלי סײַ יאנקעװ-יאָסי, האָבן שוין פארגעסן אין די 
וועקסלען, וועלכע דער ערשטער האָט ניט בעדייע געהאט צו קויפן, און 
דער צווייטער -- צו פארקויפן. ביידע צופרידענע: יאנקעװ-יאָסי-- דערפון, 
װאָס מ'האָט אים אין שטוב ארײַנגעבראכט א יעדיע, װאָס ער האָט בא- 
דארפט וויסן, ריישיס, קעדיי ביכלאל צו זײַן אין קורס און ניט אָפּשטײן; 
און צווייטנס, קעדיי צו קאָנען פירנעמען, װאָס מ'דארף, אוב די יעדיִע 
װעט זיך ארױיסװײַזן עמעס; און אויך צאלי---פון דעם, װאָס געקומען 
אהער איז ער אן איינזאמער באלײידיקטער און באזאָרגט פון נישט וויסן, 
וויאזוי ארויסצוטרעטן קעגן דעם, װאָס האָט אים זײַן לאנגיעריקע װוּכע- 
רישע דערפארונג צעשלאָגן, און פון נישט וויסן אויך, צי זײַן ארויס- 
טרעטונג װעט ברענגען נוצן, --איצט אָבער, אז ער האָט ארײַנגעקראָגן 
אזא דערלויבעניש און אזא העכשער פון יאנקעװויאָסין, האָט ער זיך 
דערפילט אקסל בא אקסל מיט אזא פארינטערעסירטן, װאָס, װאָס ער 
װעט שוין איצט ניט טאָן, ווארט אף אים פון זײַן שׂוטעפס צאד אי 
מיטשטימונג, אי שטיצע, אי אויך געזיכערטער דערפאָלג. 

יאנקעװ-יאָסי האָט זיך, נאָך דעם אומדרייען באם טיש, אף זײַן שטול 
צוריק אוועקגעזעצט, האָבנדיק בעדייע פאָרצוזעצן דאָס,. בא װאָס ער האָט 
געהאלטן, איידער צאלי האָט זיך צו אים באוויזן, -- װײַטער טיי טרינקען 
און אויך ארײַנקוקן אין זײַן סייפער, און דאָס האָט באדארפט דינען צאלין 
פאר א סימען, אז זײַן װויזיט בא יאנקעװ-יאָסין איז געענדיקט און אז 
ס'צײַט אים אוועקצוגיין. אויך צאלי אליין האַט זיך שוין געגרייט דערצו: 
זיך באלד אופהייבן, אָפּנעזעגענען און די שטוב פארלאָזן. האָט זיך אָבער 
אין דער מינוט געעפנט די טיר, און אף דער שװועל האָט זיך נאָך איינער, 
אֹ ם פרימאָרגנדיקער גאסט באויזן. און דאָס איז געװען סרולי 
גאָל, 


8 36 * 


סרולי האָט שוין לאנג קיין נעגידישע הײַזער ניט באזוכט, און זינט 
ער איז זיך צונויפגעגאנגען מיט לוזין, האָט ער קיין איין שוועל זייערע 
ניט אריבערגעטראָטן. אויך דאָס מאָל האָט ער דאָס געטאָן נישט גלאט, 
נאָר װײַל א וויכטיקע סיבע האָט אים דערצו געטריבן. 

ער איז געקומען מיט דעם הײפּעך, װאָס צאלי: יענער -- קעדיי מוישע 
מאשבער דעם לעצטן שטויס טאָן, ער -- קעדיי אָפּצוהאלטן פונעם שטויס. 

װיסנדיק יאנקעװ-יאָסיס קויעך אין שטאָט ביכלאל; ויסנדיק אויך זײַן 
שווערע האנט, װאָס קאָן זיך אוועקלייגן אין געלט-איניאָנים איבערצוּוועגן 


32 


אף רויט אָדער טױט; װיסנדיק אויך, אז יאנקעװו-יאָסי איז איינער פון די. 
בא וועמען מוישע מאשבער איז היפּש פארשולדיקט, -- האָט ער געװאָלט 
דערגיין, װי װעט יאנקעװו-יאָסי, װי א פארינטערעסירטער צאד, זיך דאָ 
האלטן: צי ער װעט מוישע מאשבער שוין, טייקעף, װעלן צוקוועטשן, צִי 
פארקערט, זיך דערװײַל אָפּהאלטן און אויך אנדערע ראטן טאָן דאָס זעלבע. 

אז סרולי האָט אופגעעפנט די טיר צו יאנקעװו-יאָסין אין עס-שטוב, איז 
ער א קליינע װײַלע שטיין געבליבן אף דער שװעל, װי ער װאָלט גע- 
קווענקלט: ארײַן צי ניין. דערנאָך האָט ער באשלאָסן און א הארבן שפּאן 
געטאָן, װי יעדער מאָל ער טוט, װען ער קומט אין אן אָרט, װוּ מ'איז 
אים ניט איבעריק גערן און װוּ מיט אזא סאָרט שפּאנען באװײַזט ער, אז 
יענעמס יאָ אָדער ניט גערן גייט אים ניט אָן און אז ער רעכנט זיך מיט 
גאָרניט, אויסער מיט זיך אליין און מיט זײַן אייגענעם ווילן. 

ער איז צוגעקומען צום טיש אָן א גוט-מאָרגן, װי זײַן שטייגער, און 
נאָך איידער ער האָט זיך געלאָזט רעכט באמערקן פון באלעבאָס, פון 
יאנקעװו-יאָסין, װי אויך פון זײַן אוירעך, פון צאלין, וועלכער האָט שוין 
געהאט בעדייע זיך אופהייבן און אָפּגעזעגענען, אזוי איז ער שוין נאָענט 
! לעבן סאמאָוואר געווען, און ניט געווארט, מ'זאָל אים פאָרלייגן, זיך אליין 
גענומען טיי אָנגיסן. 

ער איז געקומען מיט א פול מויל שװײַגן, און נישט קוקנדיק קלוי- 
מערשט אף קיינעם, האָט דאָך, הינטן-ארום, פון אונטער זײַן אראָפּנע- 
רוקטן דאשעק, ביידע, אי יאנקעװ-יאָסין, אי אויך צאלין, אינעם אויג 
געהאלטן. זײַן כוש האָט אים אונטערגעזאָגט, אז דאָ איז נאַרװאָס צװוישן 
יענע ביידע אָפּנעמאכט געװאָרן עפּעס א זאך, װאָס ביידע זײַנען פון איר 
אופגעלייגט און אין גוטער לוינע. 

-- אָ, א גאסט! -- האָט יאנקעװו-יאָסי, דערזען סרולין, מיטאמאָל א זאָג 
געטאָן מיט א שפּאָטישן טאָן, װוי צו איינעם, פאר וועמען מ'האָט נישטיקן 
אינטערעס און גאָר װײניק אָפּשײ, 

-- שוין לאנג ניט געזען, --האָט ער נאָכאמאָל א זאָג געטאָן נאַך 
דעם, וי סרולי האָט זײַנע ערשטע װערטער נישט אײַנגעהערט אָדער זיך 
געמאכט נישט הערנדיק. 

-- װאָס עפּעס אזוי בארויגעז?-- האָט יאנקעװו-יאָסי צום דריטן מאָל 
א זאָג געגעבן, װען ער האָט געזען, אז סרולי וויל אויך זײַן צוייטע 
ווענדונג פארבײַ אויער לאָזן. 

-- און אז בארויגעז, איז װאָס? קאָנען, כאָלילע, נעגידים די וועצטשערע 
ניט פארדייען? 

-- ניין, גלאט, -- האָט יאנקעװ-יאָסי זיך צעלאכט דערפון, װאָס ס'האָט 
זיך אים אײַנגעגעבן דעם מרוק סרולין אופצורייצן. ער איז געװען אין 
גוטער שטימונג און געװאָלט פאָרזעצן; 

-- און דאָך, װאָס איז דער רויגעז? 

-- ניט אף קיינעם, נאָר אֹף זיך אליין, --האָט סרולי אומװויליק פון 
צװישן די ליפּן ארויסגעמרוקעט. 

-- פארװאָס? 


-- װײַל אָט איז אים שיר ניט באשערט געווען אויך צו זײַן א נאָגיד, 
האָט מען פון ערגעץ דערזען. 

-- ווער? 

-- ער!--- האָט סרולי א האנט אופגעהויבן און א װײַז געטאָן צום 
הימל. -- גאָט! װאָס האלט אין איין אראָפּקוקן און זען: אויב בא אזא, וי 
בא יאנקעװ-יאָסין, געלט, איז צו געזונט, איז בא אים בלײַב עס, און 
זאָל זיך דאָס פרוכפּערן און מערן... און אויב בא אזא, װוי סרולי, איז-- 
פו, איז זאָל דאָס גיין, פונוואנען ס'איז געקומען -- פון נעגידים צו נעגידים. 

-- װאָס הייסט? -- האָט יאנקעװ-יאָסי א פרעג געטאָן. 

-- אָט איז זײַן איידעס, -- האָט סרולי אױסגעשטרעקט א האנט און 
אָנגעװיזן אף צאלין. 

-- זאָל ער זאָגן: געלט האָט ער געהאט? 

-- געהאט, -- האָט צאלי באשטעטיקט. 

-- יאָ, -- האָט אויך יאנקעװו-יאָסי, שמייכלענדיק, צוגעגעבן, -- ער האָט 
אויך עפּעס געהערט וועגן געלט... 

-- און ער האָט דאָס אוועקגעלייגט בא א באָטועך?-- האָט סרולי װײַ- 
טער פאָרגעזעצט רעדן צו צאלין און נישט געקוקט אף יאנקעװ-יאָסין. 

-- יאָ, -- האָט צאלי ווידער באשטעטיקט. 

-- בא מוישע מאשבער? 

-- עמעס, -- האָט צאלי געזאָגט. 

-- נו, און אז מוישע מאשבער פליט איצט דורכן קוימען און אז אלע 
די, װאָס האָבן אים פארטרויט, פליען צוזאמען מיט אים, איז אויך 
עמעס? 

-- עמעס, -- האָט צאלי א זאָג געטאָן, אָבער באלד האָט ער זיך פאר- 
כאפּט און א קוק געטאָן אף יאנקעװ-יאָסין, צו זען, צי האָט ער גוט געטאָן, 
װאָס ער האָט פארטרויט סרולין כאָטש א שפּיץ דערפון, וועגן װאָס ס'איז 
נאָרװאָס צװישן זיי געגאנגען די רייד. 

-- אוב אזוי, -- האָט יאנקעװ-יאָסי א זאָג געטאָן, --האָט ער רעכט 
אפן רויגעז, װײַל ער איז רעכט ארײַנגעפאלן. 

-- ארײַנגעפאלן, זאָגט ער?-- האָט סרולי געזאָגט. 

== לאַ, 

-- און װאָס איז די אייצע? 

-- ס'איז קיין אייצע, סײַדן... -- האָט יאנקעװ-יאָסי געפּרוּװט טרייסטן 
סרולין מיט א שפּאס. 

-- סײַדן װאָס? -- האָט סרולי אים איבערגעפרעגט. 

-- סײַדן מוישע מאשבער װאָלט געווען אזוי גוט און װאָלט איבערגע- 
שריבן אף זײַן נאָמען זײַן אויל- און נאפט-געשעפט, זײַן קאָנטאָר אָדער 
זײַן פּריצישן הויף, וועלכן ער האָט זיך אמאָל, אין די גוטע צײַטן, דער- 
װאָרבן. 

-- נו, און אויב יענער װאָלט דאָס געטאָן, װאָלט ער, סרולי, מיינט 
יאנקעװו-יאָסי, געווען באװאָרנט? 

-- יאָ. 


924 


-- איז אוב אזוי, האָט ער עס געטאָן... 

-- אָט, -- האָט סרולי מיטאמאָל ארײַנגעטאָן די האנט אין בוזעם-קע- 
שענע און פון דאָרט ארויסגענומען א הערבאָווע בויגן אקטן-פּאפּיר, צו- 
נויפגעלייגט אינפירן. ער האָט אים צענומען און האָט גלײַך פאר יאנקעוו- 
יאָסין און פאר צאלין א װײַז געטאָן א טעקסט, געשריבן, געכאסמעט און 
געשטעמפּלט לוט אלע געזעצן, און װאָס אז ביידע, אי יאנקעװ-יאָסי אי 
צאלי, האָבן דאָס דערזען, איז זיי גלײַך קלאָר געװאָרן, אז דאָס, אין װאָס 
זיי האָבן פריִער, אָקאָרשט ערשט, געצווייפלט, איזן איצט שוין א גע- 
שעענער פאקט. 

צוליב װאָס סרולי האָט זיך איצט ארויסבאוויזן מיטן אָפּמאך, וועלכן 
ער האָט ביז אהער געהאלטן אין פארהוילן, --איז ניט קלאָר: צי נאָר 
קעדיי צו צאָלן יאנקעװו-יאָסין פאר זײַן גרינגישעצנדיקער באציונג צו אים 
מיטן זעלבן -- מיט כויזעק און צולאָכעס --און קעדיי אים בלויז צו דע- 
ראגזענען; צי ניין, צי צוליב ערנסט, מיינענדיק, אז וויבאלד א יאנקעוו- 
יאָסי און צאלי װעלן זען און זיך איבערצײַגן, אז מוישע מאשבער האָט 
זיי איבערגעשפּיצט, זיי פארלאָפן דעם וועג און זיך אזוי באװאָרנט, אז 
זײַנע באלכויוועס זאָלן ניט קאָנען קיין האנט ארופלייגן אף זײַן פאר- 
מעגן, נאָך דעם װי ער װעט זיך דערקלערן פאר אומפיייק צו צאָלן -- 
וועלן זיי דערום פארלירן דעם אינטערעס אים צו שטויסן צו דער אומ- 
פײייַקײַט, און פארקערט, װעלן אלץ טאָן, קעדיי אים אופהאלטן פון פאלן, 
װײַל אנדערש ועלן זיי אליין געשעדיקט װערן און ארויס נאָקי פון 
דעם, מיט װאָס זיי האָבן בא אים צו שטעקן. 

מיר ווייסן ניט, זאָגן מיר װוידער, צוליב װאָס סרולי איז ארויס מיטן 
אָפּמאך; נאָר אז יאנקעװו-יאָסי מיט צאלין האָבן אים דערזען, אזוי האָט 
זיך פון ערשטן אָפּגעטאָן דער שפּאס און דער צווייטער איז געבליבן אָן 
ווערטער אין מויל, און צוערשט האָבן ביידע איינס מיטן אנדערן זיך 
איבערגעקוקט און דערנאָך שטיל גענומען קוקן אף סרולין. 

-- װאָס קוקט מען אזוי אף אים!-- האָט דאָ סרולי, פון זײַן זײַט, 
מיט שפּאס און שאָדן-פרייד א פרעג געטאָן. --װאָסי? ער שטייט זיי פאר 
קיין נאָגיד ניט אָן? אָדער עפשער גלייבט מען ניט, אז דער אָפּמאך איז 
אן עמעסער און די כסימע--א כסימע? איז נו, איז אדעראבע, קאָן ער 
זיי נאָכאמאָל באװײַזן... צי עפשער האלט מען, אז ניט ער, נאָר אן אנדע- 
רער װאָלט באדארפט אויסכאפּן און זיך באװאָרענען פאר אים? צִי 
עפשער האלט מען דאָס ביכלאל נישט פאר קיין גוטער מידע, און אז ווען 
מע לייגט דאָס פאָר צוערשט זיי, א יאנקעװ-יאָסין אָדער א צאלין, װאָלטן 
זיי זיך אָפּנעשאָקלט און װאָלטן זיך אָפּגעװישט די קאָשערע הענט אין די 
קאָשערע פּאָלעס?.. הא?.. 

-- יאָ.. -- האָט יאנקעװװ-יאָסי אנטשלאָסן זיך א רוק געטאָן מיטן שטול, 
אף וועלכן ער האָט זיך געהאט אוועקגעזעצט נאַך זײַן געשפּרעך מיט צא- 
לין, און א זאָג געגעבן טאקע צום זעלבן צאלין, נישט קוקנדיק דערבײי 
אף סרולין, גלײַך יענער װאָלט איצט באם טיש נישט געווען, אָטיאָט לעבן 
אים נאָענט. 


דש 
דש 
דש 


-- און זאָל ער געדענקען, צאלי, -- האָט דאָ יאנקעװו-יאָסי מיטאמאָל א 
זאָג געגעבן און וידער קיין בליק ניט געטאָן אין סרוליס זײַט, גלײַך 
יענער האָט ניט פארדינט, אז זײַנע רייד זאָלן צו זײַנע אויערן דער- 
גרייכן, -- זאָל ער געדענקען, אז מוישע מאשבער װעט שוין איצט מוזן 
אָפּקומען ניט אליין, נאָר צוזאמען מיט נאָך עמעצן --מיט אָט אָידעם, -- 
האָט יאנקעװו-יאָסי דאָ מיטאמאָל זיך א ווענד געטאָן אין סרוליס זײַט און 
אף אים מיט א פינגער אָנגעװיזן, --ס'איז דאָך שעקער און קלאָר אפילע 
פאר א קינד! װי קומט צו אָט דעם גאָר געלט?--האָט יאנקעװ-יאָסי װײי- 
טער מיטן פינגער געטײַטלט אף סרולין און אים באם נאָמען ניט אָנגע- 
רופן. -- וי האָט זיך עס צו אים גענומען? פון װועמען געיארשנט? װי א 
האָר פון דער מילך װעט דאָס גרינג זײַן צו דערװײַזן פאר א יעדן איינעם, 
װאָס װעט זיך פארינטערעסירן מיט דעם איניען, אז ס'איז פון אָנהײיב ביז 
סאָף אויסגעטראכט: אז דער האָט יענעם נישט געהאט װאָס צו געבן, און 
יענער--בא דעם ניט װאָס צו נעמען.. אז ס'איז הויל גענארערײַ, װאָס 
צו דעם האָט זיכער א שײַכעס אויך דער געוויסער ברודער מוישע מאש- 
בערס, דער שאבסי-צװיַעניק, מיט אלע די, װאָס דרייען זיך ארום אים, 
מיט אויך דעם, -- האָט ער װידער אָנגעװיזן אף סרולין, -- װאָס מ'דארף 
אים גאָר א טרייסל טאָן, בוידעק זײַן, זען, צי האָט ער געלט, און אויב 
יאָ, איז פונוואנען האָט זיך עס צו אים גענומען? געװויס ניט זײַנס און 
ניט אף קיין קאָשערן אויפן געקראָגן.. 

-- טארבוס!! -- איז דאָ סרולי יאנקעװ-יאָסין אינמיטן די רייד ארײַן-- 
איר! -- האָט ער אויסגעשטרעקט א פינגער פריַער צו צאלין, דערנאָך צו 
יאנקעװוײיאָסין און א זאָג געגעבן דערבײַ: --איר רעדט פון קאָשער און 
ניט קאָשער? איר?-- האָט ער װײַטער געפירט דעם פינגער צוריק פון 
יאנקעװ-יאָסין צו צאלין. 

-- ארויס פונדאנען! ארויס! װאָס טוט ער דאָ?--האָט יאנקעװיאָסי 
זיך א ווענד געטאָן, װי מיט פאָרװוּרף, צו די װענט פון שטוב, וועלכע 
זײַנען געווען איידעס פון סרוליס כוצפּע און זײַנען געבליבן קאלט, האָבן 
נישט דערווידערט און געשויגן. : 

-- װאָס טוט ער דאָ?--האָט ער נאָכאמאָל א זאָג געטאָן און זיך 
פּלוצעם דערמאָנט אין זײַן מעשאָרעס שעפטל, צו װעלכן ער האָט א 
געשריי געטאָן: -- װאָס שטייט ער, װי א גוילעם? װאָס שװײַגט ער? זאָל 
ער לויפן און אים ארײַנברענגען, ארײַנרופן, -- האָט ער װײַטער געשריגן 
און נישט געװוּסט די נעמען, װעמען ער האָט באגערט צו זען ארײַג- 
גערופן. 

-- דעם קוטשער... דעם בודאָטשניק... -- האָט ער זיך דערמאָנט, און 
ס'האָט געדאכט, אז באלד װעט ער אויך װײַטער אויסרופן: --דעם פּאָ- 
ליצמייסטער... דעם גובערנאטאָר... 

-- אין קייטן! אין טפיסע! -- האָט ער א װײַז געטאָן מיטן פינגער אף 
סרולין מיט אזא קאס, אז ס'האָט געדאכט, אז ווען ער קאָן, װאָלט ער אים 


1 דערעכערעץ, מיינט מען. 


0 


אליין גאָר מיט די פינגער צו אש געמאכט און אין א הויפן ביינער פאר- 
וואנדלט. 

-- שטילער! װאָס האָט ער זיך אזוי צעליארעמט אפן גאָרגל? װאָסי? 
מ'האָט אים אף דער הײיליקער זאגניאטקע אָנגעטראָטן? 

-- ארויס! אין טפיסע! רעשטעווען אזא! -- האָט יאנקעװ-יאָסי ניט אופ- 
געהערט זיך צו קאסן און צו ליארעמען. 

-- שטילער, ער גייט אליין, -- האָט סרולי װײַטער א זאָג געטאָן, און 
דערבײַ האָט ער זיך שוין טאקע געמיינט אופהייבן פון זײַן בענקל, אף 
וועלכן ער איז געזעסן, זיך אויסדרייען און צו דער טיר זיך לאָזן, אָבער... 
װי ער האָט דאָס געװאָלט טאָן, אזוי האָט ער פּלוצעם דערזען איינעם א 
מענטש, װאָס אין גרויס טומל און בייס יאנקעװ-יאָסיס קאס האָט קיינער 
ניט באמערקט, ויאזוי יענער האָט די טיר פון עסצימער געעפנט און וי 
שטיל און אומבאמערקט ער איז זי אריבערגעטראָטן. 


דאָס איז געווען א פרוי -- מוישע מאשבערס װײַב, גיטעלע, װאָס װי 
נאָר סרולי האָט זי אף דער שװעל דערזען, אזוי האָט ער, נאָך האָבנדיק 
דאָס װאָרט ,שטילער? אין מויל, דאָס איצט, וי אומוויליק, נאָכאמאָל 
איבערגעכאזערט: 


שטילער... מוישע מאשבערס װײַב, גיטעלע. 

דעמאָלט האָבן זי אלע דערזען. 

יאָ, ס'איז געווען זי, אָנגעטאָן אין יאָמטעװ: אין בעסטן פוטערנעם 
מאנטל, מיט א ברייטן סויבלנעם קאָלנער, װײַט איבער די אקסל אָפּגע- 
לייגט, און אויך די ארבל און די ברעג פּאָלעס מיטן זעלבן פוטער בא- 
ברעמט. 

זי איז ארײַן שטיל -- מ'האָט קוים געהערט, בעשאס זי האָט די טיר 
געעפנט, און באזונדערס שטיל, ווען זי האָט, קומענדיק אין צימער, אָנגע- 
טראָפן אף דער צעהיצטער סצענע פון די פרעמדע מאנצבלען. 

-- װאָס איז זי געקומען? 

-- צוליב געשעפט. 

-- זי? 

-- יאָ. מעשונע, אָבער א פאקט: זי, א פרוי, װאָס האָט קיינמאָל אין 
מאנס געשעפטן זיך ניט געמישט און װאָס קיינער האָט זי אף אזא סאָרט 
שליכעס ניט באפולמעכטיקט און נישט געקאָנט באפולמעכטיקן, איז איצט 
געקומען איבעריידן מיט יאנקעװו-יאָסין וועגן אן איניען, װאָס אפילע מער 
טיכטיקע פרויען און עמעסע איישעסיכאילס נעמען זיך פאר דעם 
זעלטן. 

מ'דארף אָבער זאָגן, אז גיטעלע האָט פירגענומען אָט דעם גאנג צו 
יאנקעװו-יאָסין נישט פון איבעריק מוט, װי א מענטש בעשאס א סרייפע, 
ווען קויכעס מערן זיך און ווען מ'נעמט שלעפּן מער, וויפל מ'קאָן... ניין, 
נאָר װי איינער, װאָס געפינט זיך אין אזא שטאנד, ווען ס'איז אים שוין 
אלציינס, צי וואסער צי פּײַער קאפּעט אים אפן קאָפּ.. זי איז געווען אין 
דעם פּראט ענלעך צו איר מאן, מוישע מאשבער, װאָס אויסערלעך האָט 





הס 


/ 


ער נאָך אויסגעזען -- ער, אָבער אינדערעמעסן האָט מען אים שוין געמעגט 
אן אנדער נאָמען געבן.. 

אויך זי האלב געשטילט, געשלאָגן, און אָפט פלעגט זיך איר װײַזן א 
טרער אין די אויגן, אן אָפּגעקילטע, א פרעמדע, גלײַך נישט איר געהערי- 
קע, נאָר װי פון זיך אליין געקומען, א זעלבשטענדיקע טרער. 

גיטעלע, װאָס איז אויך גענוג געװען פרום, װי אלע פרויען פון איר 
שטאם, איז נאָך דעם, װי דער בראָך מיט דער טאָכטער האָט זי געטראָפן, 
נאָך מער פרום געװאָרן. ניין, נישט פרימער, נאָר גלײַך זי װאָלט זיך גאָר 
ארויסגענומען פון דער װעלט, װאָס זי האָט איר אופגעהערט 
אָנגיין... 

מ'האָט זי לעצטנס שוין זעלטן אין עסישטוב געזען, ס'האָט זיך אופ- 
געהערט פילן איר האנט אין באלעבאטישקײַט, מיט וועלכן זי האָט זיך 
פארלאָזט אינגאנצן אף דער עלטערער דינסט --די איינציקע איצט פאר- 
בליבענע --סײַ באם אײַנקויפן, סײַ אין אלע אנדערע זאכן, אין וועלכע א 
שטוב נייטיקט זיך. 

מערסטנטייל איז זי געזעסן בא זיך אין אלקער, אָפּגעזונדערט, טאָמיד 
באם טײַטש-כומעש, אפילע אינדערװאָכן... זי פלעגט דורכלייענען א פּאָר 
שורעס, דערנאָך זיך פארטראכטן און נעמען נאָכדענקען און באזיניקן, 
װאָס זי האָט געלייענט. 

,..דען ווען די ייַסראָעל װעלן גיין אין גאָלעס דורך נעװוּזאראדן 
וועלן זיי גיין אפן וועג, װעט ראָכל אופשטיין פון איר קייווער און טפילע 
טאָן צו גאָט, װעט גאָט הערן איר טפילע.." זי האָט זיך פאָרגעשטעלט, 
וי ייִדן װערן געטריבן, אלט און יונג אין קייטן געשמידט, און 
וויַאזוי, אז זיי גייען פארבײַ דער מוטער ראָכלס קיווער, פארהאלטן 
זיי זיך און ווילן ניט אָפּגײן, ביז זי װעט ארויסקומען און פאר זיי גאָט 
בעטן. 

זי פלעגט זיך פאָרשטעלן און זען די מוטער ראָכל, װי זי גייט אמאָל 
פאָרויס,. פאר די געטריבענע, אמאָל הינטער זיי, און יעדער מאָל מיט 
אופגעהויבענע הענט, און סײַ זי אליין, סײַ אירע הענט וואקסן אויס און 
הייבן זיך הויך-הויך, אזש ביזן הימל ארונטער, און א קאָל דערהערט זיך, 
וי זי וויינט אף אירע קינדער... 

גיטעלען פלעגט זיך נאָך דעם לייענען באטאָג, באנאכט כאָלעמען פון 
געלייענטן, װי לעמאַשל: אז אָט באװײַזט זיך איר געשטאָרבענע טאָכטער 
פון קייווער, און גיטעלע דערפרעגט זיך בא איר, װי ס'גײט איר, און 
יענע קלאָגט זיך ניט, וויינט ניט, נאָר אזויווי זי איז געטרײַ און מיט 
דער שטוב געבונדן, קומט זי אלעמאָל דערמאָנען גיטעלען און איר זאָגן 
,מאמע, זע, גיב אכטונג אפן טאטן. מע יאָגט אים, דאכט זיך, אויך..? און 
גיטעלע כאפּט זיך אלעמאָל אוף א דערשראָקענע און דערפילט, אז איר 
מאן, מוישע מאשבער, װאָס אין אנטקעגניבערדיקן בעט, שלאָפּט נישט 
באנאכט, זי הערט אים אָפט ריידן צו זיך אליין, אָדער עפּעס קרעכצן 
,אוי, מאמע...? 

אזוי שוין פיל נעכט, און די לעצטע צײַט האָט ער איר, איין מאָל א 


באנאכט, אין דער פינצטער, פון בעט ארויס, דערציילט וועגן דעם לעצטן 
באזוך זײַנעם בא יאנקעװ-יאָסין, װאָס ער האָט, לויט דער אייצע פון זייער 
איידעם נאָכעם לענטשער, די לעצטע טעג געפּראװעט: ויַאזוי ער איז צו 
אים געקומען, װי יענער האָט אים אופגענומען, װאָס ער האָט פון אים גע- 
פאָדערט און מיט װאָס ס'האָט זיך געענדיקט -- מיט גאָרנישט. 

און אָט דעמלט, דאָס דערהערנדיק, איז שוין יענע נאכט אויך גיטעלע 
ניט געשלאָפן, זי האָט זיך קוים דערווארט, ביז אין דרויסן האָט אָנגעהויבן 
טאָגן, דערנאָך -- ביז אלע אין שטוב װעלן אופשטיין, אָפּעסן, אָפּטרינקען 
און יעדערער װועט אװעק, װוּהין מ'דארף; און דעמלט האָט גיטעלע, ארײַנ- 
קומענדיק צו זיך אין אלקער, זיך גענומען אָנטאָן -- אין שענסטן און אין 
בעסטן, און קיינעם גאָרניט זאָגנדיק, האָט זי זיך אין שטאָט, צו יאנקעוו- 
יאָסי איילבירט, אװעקגעלאָזט. 

זי איז ארײַן נישט אין דער צײַט: זי האָט אָנגעטראָפן אף דער נאָר- 
װאָס פאָרגעקומענער סצענע, ווען יאנקעװו-יאָסי איז געווען שטארק אופגע- 
רודערט פון שרײַען אף סרולין און פון סרוליס כוצפּעדיקן ענטפער און 
ניט װעלן פארשווײַגן. 

ס'װאָלט אוואדע געווען נאטירלעך, אז װען יאנקעװיאָסי האָט 
איצט מיטאמאָל דערזען דאָס װײַב פון דעם, וועגן וװעלכן ס'האָט זיך 
אָקאָרשט אזוי הייס געהאנדלט, װאָלט ער זי נישט באדארפט לאָזן צוגיין, 
און שוין, גלײַך צום אָנהײב, ניט װעלן קוקן אף איר, זי באגעגענען 
מיט אומקאָװועד און אפילע זי װעלן ארויסיאָגן, װי ער האָט סרולין 
געיאָגט. 

ס'איז אָבער ניט אזוי געווען. געשען איז -- זע א װוּנדער! -- גאָר 
קאפּויר: וי יאנקעװ-יאָסי האָט דערהערט סרוליס אויסגעשריי: , שטילער... 
מוישע מאשבערס װײַב, גיטעלע...?, אזוי איז נישט נאָר, װאָס ער האָט ניט 
געטאָן, װי מיר האָבן פריִער געזאָגט און וי אין זײַן דעמלטיקער לאגע 
האָט זיך געלאָזט דענקען, נאָר פארקערט, ער איז שטיל געבליבן און 
גלײַך וי מ'װואָלט אויסגערופן דעם נאָמען פון איינעם גאָר א בעקאָװעדיקן, 
וועמען מ'באדארף אופנעמען און באגעגענען מיט גרויס אָפּשײַ, אזוי האָט 
ער איצט, דערזען גיטעלען, אָנשטאָט בייז, גאָר עפּעס אן אומפארשטענד- 
לעכן דערעכערעץ צו איר דערפילט. 

אזוי יאנקעװ-יאָסי... װאָס זשע געהער גיטעלען, איז אויך מיט איר גע- 
שען עטװאָס אומגעוויינלעכס, און נעמלעך: אָנשטאָט דעם, זי זאָל, ארלינ- 
קומענדיק צו יאנקעװו-יאָסין, זיך פארלירן פון דער גרויסער געפאלנקײַט, 
מיט וועלכער זי האָט זיך געלאָזט אהער, -- אָנשטאָט דעם האָט זי זיך, 
פארקערט, דערפילט דרייסט, גלײַך זי װאָלט זיך א שטעל אוף געטאָן פון 
א לײַכטן פאל און אויך לײַכט זיך אָפּגעטרײסלט פון דעם שטויב, װאָס האָט 
זי קוים בארירט... 

זי האָט באדארפט מאכן פיל שפּאן פון דער שװועל פון גרויסן עסצימער, 
ביז צום אָרט באם אױבנאָן פון טיש, װוּ יאנקעװ-יאָסי האָט זיך געפונען... 
און דאָך האָט זי זיך געפילט נישט שלעכט, נישט געענגט פון די פרעמדע 
מאנצבלשע בליקן, װאָס האָבן זי באגעגנט און איר נאָכגעקוקט, בייס זי 


509 


איז געגאנגען פון דאָרט אהער... זי האָט זיי קימאט נישט באמערקט, און 
אז זי איז צוגעקומען נעענטער צו יאנקעװ-יאָסין, איז איידער יענער האָט 
איר געזאָלט ארױיסװײַזן די ערשטע אָנשטענדיקע מינע און זי אײַנלאדן זיך 
זעצן, אזוי איז זי, גיטעלע, אים פארלאָפן זײַן װוּנטש און די אײַנלאדונג װי 
אָפּגענײגט, און איז באלד ארויס מיט איר װאָרט, װאָס אין איר לײַכט, 
זייער לײַכט אָנגעקומען. 

זי האָט געזאָגט: 

-- זאָל ער זיך ניט כידעשן, יאנקעװו-יאָסי, װאָס זי, א פרוי, װאָס האָט 
קיינמאָל ניט געהאט קיין שײַכעס צו מיסכער, האָט זיך אונטערגענומען 
צו פארטרעטן די אינטערעסן פון איר מאן, װאָס ער האָט זי דערוף ניט 
באפולמעכטיקט, און פארקערט, ווען ער ווייסט, װאָס זי האָט פירגענומען 
אָן זײַן װויסן, װאָלט ער דאָס ניט באגיטיקט און ס'װואָלט אים אויך גרויס 
ערגער געשאפן, -- זאָל ער זיך ניט כידעשן. 

-- זאָל אים אויך ניט כידעשן, װאָס ווען זי האָט שוין אפילע יאָ בא- 
שלאָסן צו מאכן אָט דעם שריט, װאָלט זי דאָך, צום אלעם ערשטן, אים, 
יאנקעװו-יאָסין, באדארפט בעטן, ער זאָל איר דערלויבן מיט אים איבעריידן 
אויג אף אויג און ניט אין דער אָנװעזנהײַט פון פרעמדע, פאר וועלכע 
אזוינע זאכן דארפן בלײַבן א סאָד,--זאָל אים אויך דאָס ניט כי- 
דעשן... 

-- װײַל, זי זאָגט אָפן; ס'איז א לעצטע שאָ, און ערעוו א יאָם-האדין 
בא איר מאן, ווען זײַן גאנצע וועלט און וװווילשטאנד שטייט אים אף דער 
װאָגשאָל -- אהין אָדער אהער, לשבט או לחסד --געשלאָגן אָדער באגנע- 
דיקט װערן; און אין אזא צײַט, ווען ס'איז אייס לעאסייס!, וי מ'זאָגט, 
זאָגט מען זיך אָפּ פון אלערלײַ בושעס, און דעמלט, זאָגט מען װידער, 
ווערט אפילע א קאַלאָדאטש א מעסער און שטומע וװוערן ריידנדיק, װי אָט 
זי, גיטעלע, װאָס ביז אהער האָט זי קיינמאָל פאר אזוינס קיין װאָרט ניט 
געהאט... 

-- זי זאָגט ווידער אָפן: זי איז געקומען ראטעווען איר מאן פון דעם, 
װאָס ווען זי טוט דאָס ניט, שטייט אים פאָר אָפּברענען און ארויס, כאָלילע, 
אין הוילן העמד... ס'איז זיך ניטאָ מיט װאָס צו שעמען: ס'האָט שוין נישט 
מיט איינעם געטראָפן -- אמאָל, ווען יענער האָט דאָס פארדינט, אמאָל אומ- 
פארדינט, און איר מאן, מוישע מאשבער, האלט זי, געהערט צו די 
לעצטע. 

-- מעגלעך, אז אי יאנקעװו-יאָסי, אי אויך אנדערע קאָנען מיינען, אז 
דאָס, װאָס איר מאן איז איצט געקומען צו אזא יערידע, האָט אים געטראָפן 
דערפאר, װײַל ער האָט ניט אָרנטלעך געהאנדלט און ניט לויט זײַנע מיט- 
לען געלעבט... איז ניין, זאָל מען װויסן: זי איז מוישע מאשבערס װײַב אף 
דער וועלט און אף יענער -- דאָ פאר מענטשן און דאָרטן פארן ריבוינעשע- 
לוילעם, ווען זיי װעלן דארפן, איבער הונדערט מיט צוואנציק יאָר, כעזשבן 
אָפּגעבן, -- איז זאָל מען וויסן, זי איז אן איידעס און מיט דער פולער 


: ס'איז צײַט עפּעס פירצונעמען, 


25--9 560 


אָרנטלעכקײַט פון א ייִדישער טאָכטער קאָן זי זאָגן: ניין! דאָ איז עס ניט 
דער פאל; איר מאן, מוישע מאשבער, האָט, כאָליליע, אין קאָרטן ניט 
געשפּילט, זיך ניט אויסגעבראכט, געלעבט לוט זײַנע פארדינסטן, נאָר 
ס'איז געשען א גזאר, פאר וועלכן ער איז ניט שולדיק און פאר זײַן פאר- 
שמירט פּאַנעם װעט ער קיין ביזאָיען נישט דארפן לײַדן. 

-- זי האלט, פארקערט, אז איר מאן האָט זיך פארדינט, מ'זאָל אים 
אונטערהאלטן און נישט צושטיין מיט קיין מעסער צום האלדז... זי מיינט, 
אז דאָס װאָלטן באדארפט טאָן אלע יענע, מיט וועלכע ער האָט יאָרנלאנג 
געהאנדלט און ער זײ און זײי אים האָבן זיך געגעבן איינס דאָס אנ- 
דערע צו פארדינען, און אין דער ערשטער ריי אזא, װי יאנקעװ-יאָסי, צו 
וועלכן זי איז איצט געקומען מיט איר באקאָשע. 

-- נישקאָשע, -- האָט זי פאָרגעזעצט, -- פון אים, פון יאנקעװ-יאָסין, 
וועט, כאָלילע, גאָרניט אָפּפאלן, און פארקערט: פון זײַן שטיצע, װאָס 
איז איצט אזוי נייטיק, װי אין לעבן, װעט אי אים אליין ארויסקומען א 
טויווע, װען ער װעט אין בעסערע צײַטן באקומען אױסגעצאָלט זײַן 
כויוו מיט גרויס דאנק און מיט אלע סאָכרישע פּראָצענטן; אי אויך אנדערע, 
קלענערע באלכויוועס, מיט קלענערע געלטן, װעלן פארשפּאָרן ניזעק װערן: 
אי -- דעריקער -- א נאָמען, א מענטש, א סויכער װעט דאָ אופגעריכט 
ווערן, װאָס װוי אלע ווייסן און וי גאָט אליין איז אן איידעס, האָט ער זיך, 
כאָלילע, פון קיין פרעמדס קיינמאָל ניט געבויט און פון קיין סרייפעס ניט 
געװאָלט רײַך ווערן.. 

-- זי זאָגט עס מיטן פולן געוויסן, װי זי װאָלט דאָס פאר גאָט אליין 
געזאָגט, און זי יל דערבײַ אויך דערמאָנען, פונוואנען ער, איר מאן, 
מוישע מאשבער, שטאמט, און אז קיין שווינדל האָט ער פון זײַנע אָװעס 
ניט געיארשנט, און אז אויך אין זײַן אייגענער נאטור און טעווע איז ניט 
פאראן אזוינס, װאָס זאָל דערמאָנען אפילע א מינדסט פון א שלעכטער 
קאװאָנע און פון װעלן יענעם שעדיקן... גאָט באװאָר זי, גיטעלע, און אלע 
אירע ליבע... 

גיטעלע האָט דאָס אלץ אָפּגעזאָגט, שטייענדיק פאר יאנקעװ-יאָסין אין 
איר פוטערנעם מאנטל מיטן ברייטן קאָלנער אראָפּגעלײיגט, און זיך גע- 
האלטן אזוי, װי גלײַך זי איז פון אלעמאָל געוװווינט צו אזוינע רייד, װאָס 
קומען איר אָן לײַכט און װאָס אָן שום אָנשטרענגונג שטראָמען פון איר 
ארויס בעשעפע... 

װוּנדערלעך, ויַאזוי אויך יאנקעװ-יאָסי האָט זי שטיל אויסגעהערט, 
גלײַך ס'װואָלט זיך דאָ גערעדט ניט ועגן אזא, וועלכער האָט אים הײַנט 
אזוי שטארק אופגעבראכט, נישט אופצושפּרינגען דערבײַ, און נישט װעלן 
אויך זי, גיטעלען, װי פריִער סרולין, פון שטוב ארױיסיאָגן, און נישט אויס- 
שרײַען צו זײַן מעשאָרעס שעפטל, װי פריער: ,רוף מיר ארײַן.. רוף 
ארײַן...* װוי ער האָט דאָס געטאָן בענעגייע סרולין. 

װוּנדערלעך, אָבער א פאקט... א פאקט, אז בעשאס יאנקעװו-יאָסי האָט 
אויסגעהערט גיטעלען און האָט פון איר די אויגן אָפּגעװענדט, אזוי װי 
דער פרומער שטייגער פאָדערט -- נישט צו קוקן אף קיין פרעמדע װיי- 


201 


בֿער, זײַנען אָבער דאָך איר סויבלענער קאָלנער, אירע באברעמטע ארבל, 
װי אויך אפילע די ברעג פּאָלעס פון איר מאנטל געװען אים 
אָנצוזען.. 

דאָס האָט אים, װײַזט אויס, פיל ווייכער געמאכט, און ער האָט זיך 
געהאלטן אזוי, װי גלײַך סװואָלט אים דורכגעגאנגען עפּעס א טײַנעג- 
געדאנק, פון וועלכן מ'ווערט שלאבעריק און נאָכגיביק בענעגייע פרויען 
אין געוויסע פאלן... אָבער דאָ האָט ער זיך געכאפּט.. און װוען גיטעלע 
האָט שוין געהאלטן באם ענדיקן, קומענדיק צום סאָף פון אירע רייד, און 


ווען זי האָט גענומען פארזיכערן יאנקעװו-יאָסין, אז גאָט באװאָר, אז װאָס. 


געהער איר מאן, הייסט עס, איז בעשום-אויפן ניט צו דערלאָזן, אז זײַן 
מיין איז געווען עמעצן אויסצונארן און פארשווינדלען, -- אז זי איז צו- 
געקומען צו אָט דעם אָרט, אזוי האָט יאנקעװ-יאָסי מיטאמאָל זיך אין 
פריערדיקן דערמאָנט... ער האָט מיטאמאָל דערזען צאלין, מיט וועלכן ער 
האָט אָפּגעמאכט פירצונעמען, װאָס מ'דארף, קעגן דעם אָנזעצער מוישע 
מאשבער; דערנאָך סרולין, צו וועלכן ער האָט ניט באוויזן אויסצולאָזן דעם 
קאס; און דאן ווידער, צולעצט, זי, גיטעלען, װאָס איז, לויט זײַן מיינונג, 
װײַבעריש-ווייך, אָבער כיטרע-פארשטעלט איצט צו אים ארײַן אָפּגע- 
רעדט אף פריַער מיט איר מאן, אז זי, װי א פרוי, זאָל אים דאָ פארבײַטן, 
און װי א פרוי קאָן, זײַן, יאנקעװ-יאָסיס, ראכמאַנעס דערװעקן: -- דאָס 
דערזען, האָט זיך יאנקעװו-יאָסי פון זײַן שטול א כאפּ געטאָן, און אויס- 
כאפּנדיק דאָס לעצטע װאָרט בא גיטעלען, האָט ער זי װוי איבערגעקרימט 
און א זאָג געטאָן דערבײַ מיט אומצוטרוי און געבייזער: 

-- װאָס? ,גאָט באװאָר", זאָגט זי! איר מאן, מוישע מאשבער, הייסט 
עס, איז א לעמעלע, קײַט שטרוי און קאָן זיך ניט שטויסן?.. קיין שווינדל -- 
זאָגט זי? זי גייט פאר אים שװערן? און זי פאָדערט נאָך, פארקערט, אין 
נאָמען פון זײַן ערלעכקײַט, מ'זאָל אים שטיצן און ארויסהעלפן פון זײַן 
נויט? נו, און פארװאָס טראכט ער ניט פון יענעמס ניט? פארװאָס האָט 
ער ניט געזאָרגט פאר קיינעם און האָט, פאר אלעמען, זיך אליין פאר- 
זאָרגט? וער טוט עס? 

-- װער? -- האָט גיטעלע, צעטומלט פון יאנקעװ-יאָסיס שארפע ווער- 
טער, נישט פארשטאנען און איבערגעפרעגט. 

-- װער? ער! איר מאן! 

-- װאָס רעדט רעב יאנקעװװו-ײיאָסי? ער פארזאָרגט? װאָס פארזאָרגט? 
זי ווייסט ניט פון װאָס צו זאָגן! 

-- זי -- טאקע נישט, אָבער ער, איר מאן, ווייסט שוין דאפקע יאָ. פע! 
אזוי טוט מען ניט! 

-- וויאזוי? -- האָט גיטעלע װײַטער געשטאמלט. 

-- אָט! -- האָט יאנקעװ-יאָסי א װײַז געטאָן מיט א פינגער אף סרו- 
לין, וועלכער איז די גאנצע צײַט, בייס גיטעלע האָט אויסגעלײיגט אירע 
טײַנעס פאר יאנקעװו-יאָסין, געשטאנען מיט א זײַט, אף זײַן אָרט, פארגלי- 
ווערט, און װאָס פון אונטער זײַן אראָפּנערוקטן דאשעק האָט איצט אויסגע- 
הערט אויך יאנקעװו-יאָסיס טײַנעס. 


202 


-- אָט, -- האָט יאנקעװװ-יאָסי אָנגעװיזן און האָט גלײַך זײַן פינגער װי 
מיט עקל צוריק געכאפּט, -- אָט איז דער, װאָס דורך אים האָט איר מאן 
געװאָלט אלעמען ארומגיין, ווען ער האָט איבערגעשריבן אף זײַן נאָמען 
די שטוב אָדער אנדער פארמעגן, צו וועלכן אנדערע זאָלן ניט האָבן קיין 
צוטריט, ווען ער װעט זײַן מאט און האלטן בא פאלן. פע, אזוי טוט מען 
ניט! קיין סויכער... קיין ייַד... ביפראט אזא, װי זי זאָגט, אז ער שטאמט 
פון ייַכעס. 

-- און מירן נאָך זען, -- האָט ער זיך נאָך מער צעהיצט און צע- 
פּײַערט, -- װאָס ער װעט דאָ פּוױעלף זאָל ער געדענקען: סוועט אים 
לײַכט ניט אָפּגיין!. 

-- גייט געזונט! -- האָט יאנקעװ-יאָסי שוין צום סאָף געזאָגט און גי- 
טעלען אף אן איידעלן אויפן גענומען טרײַבן פון שטוב און נישט געװאָלט 
מער אויסהערן קיין װאָרט פון איר מאנס פארטיידיקונג. -- גייט געזונט 
און גיט אים איבער, אײַער מאן, אויב איר זײַט אים געטרײַ און װילט 
זײַן טויווע, אז ער זאָל זיך דאָס ניט האלטן פאר גרינג, זאָל ער זיך מיט 
קיין װעלט ניט פארקריגן, װײַל ס'וועט זיך ענדיקן שלעכט, גאָר 
שלעכט, 

-- הינט! בײַטל-שנײַדער!.. -- האָט דעמלט סרולי, שטייענדיק מיט א 
זײַט, הינטן-ארום, א זידלדיקן בורטשע געטאָן, אָבער אזוי הויך, אז ס'איז 
נישט מעגלעך געװוען, אז עמעצער, װאָס געפינט זיך באם טיש, זאָל ניט 
דערהערן. 

ווירקלעך: באלד האָט זיך דערהערט נאָכאמאָל און א לעצטער אויס- 
געשריי פון יאנקעװו-יאָסין , שעפטל!? -- און איצט איז קיין סאָפּעק ניט גע- 
ווען, אז דאָס מאָל װעט זיך עס שוין ענדיקן גאָר ניט בעשאָלעם, װי די 
פריערדיקע מאָלן שרײיען.. 

דעמלט האָט סרולי נישט געווארט און זײַנע טריט צו דער טיר אָנגע- 
ריכט. אויך צאלי, װאָס האָט שוין לאנג אָפּגעטאָן זײַנס בא יאנקעװ-יאָסין, 
האָט זיך ניט געזאמט און האָט נאָכגעטאָן סרולין. און גלײַך נאָך זיי, נאָך 
צאלין און סרולין, -- אויך גיטעלע, װאָס האָט זיך אויסגעקערעװועט צו 
יאנקעװ-יאָסיס טיש, נישט זאָגנדיק קיין גוטן טאָג, און װער סװואָלט זי 
דעמלט געזען צוריקגיין צו דער טיר, דער װאָלט אויך געזען, װי די טרערן 
האָבן איר גענומען רינען, און װי שטיל, באנומען, דערנידעריקט און נישט 
דענקענדיק זי אָפּצוּװישן, האָט זי זי געלאָזט פאלן אינעם ברייט אראָפּגע- 
לייגטן סויבלנעם קאָלנער אירן. 


און ס'איז געשען, װאָס ס'האָט געמוזט... ס'איז געקומען א טאָג אף מוי- 
שע מאשבער, א טאָג פון שאנד און לעצטער יערידע. 

ער האָט געפילט, אז דער סאָף דערנעענטערט זיך. בעסער װאָלט ער 
שוין דעמלט אין קאָנטאָר גאָר ניט געגאנגען אָבער ער האָט ניט גע- 
קאָנט: װײַל, ערשטנס, װאָס װעט ער טאָן, בלײַבנדיק אין דער היים, אזן 


509 


פֿון אלע ווינקעלעך קוקט שוין ארויס דער אנגסט פונעם באלד אָנקומענ- 
דיקן קראך; און צווייטנס, איז זײַן אָנװעזנהײַט אין קאָנטאָר דאָך נאָך ניי- 
טיק געווען, קעדיי אָפּצוהאלטן די באלכויוועס, װאָס האָבן זיי באלאגערט, 
און זיי דאָך נאָך מאכן גלייבן, אז ווען-ניט-ווען -- הײַנט, מאָרגן, שפּע- 
טער -- װעלן זיי באקומען, װאָס ס'קומט זיי, 

ער האָט זיך דערום געמוזט װײַזן. אָבער ויי צו דעם װײַזן! ער 
ס'װאָלט אים דעמלט געזען גיין אין קאָנטאָר -- אן אײַנגעשרומפּענעם און 
דעם קאָפּ אין קאָלנער פון ווינטער-מאנטל ארײַנגעצויגן, װאָלט אים אָנגע- 
נומען פאר א שאָטן און זײַנס א געדעכעניש... ביפראט, װוען ער פלעגט 
ארײַנקומען אין קאָנטאָר, און ווען שוין אף דער שװעל האָט ער זיך 
געמוזט אָפּשלאָגן פון די פיל מאָנער, וועלכע האָבן אים ארומגערינגלט 
און גענומען ציִען פון אים א גוט װאָרט, א פארזיכערנדיקס, װאָס 
ער האָט עס אלעמאָל ארויסגעשטאמלט האלב ליגנעריש, האלב דער- 
שראָקן. 

ס'איז שוין אוואדע ניט געװען װועמען צו מעקאנע זײַן.. ער האָט 
שוין דאָרט קיינמאָל לאנג ניט פארבראכט, און װוי נאָר ער האָט זיך אָפּגע- 
פארטיקט מיט די באלכויוועס, װאָס א ביסל האָט ע ר זיי גענארט און א 
ביסל האָבן זי זיך געלאָזט נארן אזוי האָט ער זיך װוידער גענומען 
ארויסרוקן, מיט א געבויגענעם קאָפּ פון בושע און פון די נישט װאָרע 
רייד, װאָס זײַנען אים שווער געקראָכן פון גאָרגל. 

אָבער אײינמאָל... מוישע מאשבער איז דעמלט געקומען שוין עטװאָס 
שפּעטלעך. ער איז ארײַן פון א שטארק-פראָסטיקן דרויסן, װאָס האָט אים 
פארהויכקעט די אויגן, די ברעמען און די װיִעס.. ער האָט די ערשטע 
רעגע נישט געזען, װאָס ארום אים טוט זיך -- נישט נאָר מאכמעס דער 
פארטונקלטער ריַע, נאָר אויך מאכמעס דעם, װאָס גײיענדיק אהער, איז 
ער געווען אזוי פארכושט און פארטראָגן, אז דאָס, װאָס האָט אים איצט 
באגעגנט אין קאָנטאָר, האָט אים אויסגעזען פרעמד און גלײַך ס'האָט צו 
אים קיין שײַכעס ניט. 

די קאָנטאָר איז געווען איבערפולט פון מאנצבלען, װײַבער, מיידלעך, 
ווינטערדיק אָנגעפּעלצט און אזוי אָנגעפּרענדעט, אז יעדערער פון זיי האָט 
פארנומען פיל מער אָרט, וי ווען מ'איז געוויינלעך אָנגעטאָן. ס'איז געווען 
טומלדיק און ענגלעך פון די פארשיידענע רעדלעך, וועלכע האָבן זיך גע- 
האלטן באזונדער, און אויך פון אלע איניינעם, וועלכע האָבן אויסגעביל- 
דעט איין געדיכטעניש, װאָס האַט געמינערט די שײַן אי דורך די אויסדעמ- 
פונגען פון פראָסט, װעלכע מהאָט ארײַנגעבראכט, אי פון ציגארן- 
רויך... 

מוישע מאשבער האָט עפּעס א לײַכטן ציטער געטאָן, דאָס דערזעענדיק. 
ער האָט, א דערשראָקענער, זיך געװאָלט גלײַך צוריקרוקן און פארקערע- 
ווען אף ארויס פון קאָנטאָר, אָבער איידער ער האָט דאָס באויזן, אזוי 
האָט דער אוילעם אים באמערקט, און שטיל, וי אָפּנערעדט, האָט מען אים 
גענומען מאכן אן אָרט אי אף דורכגיין, אי אים ארומצורינגלען, אף נישט 
ארויסלאָזן פון דאָרט, 


564 


מ'האָט זיך א װײַלע געהאלטן שטיל, אָבער באלד האָט איינער פון 
אוילעם גענומען א װאָרט פאר אלע, גלײַך מ'װואָלט אים באפולמעכטיקט, 
און שטיל, צוריקגעהאלטן האָט א זאָג געטאָן: 

-- ס'שוין צײַט, רעב מוישע... וויפל איז דער שיר? מיר ווארטן שוין 
כאדאָשים... מער קאָנען מיר ניט, מער איז מען ניט בעקויעך... און זאָל 
ער א קוק טאָן, מיט וועמען ער האָט דאָ צו טאָן, מוישע מאשבער: נישט 
מיט קיין באל-האלװאָעס, װאָס לעבן און װוערן רײַך דערפון, נאָר מיט 
אַרעמעלײַט, װאָס האָבן געטראָגן צו אים זייערע געלטן, װוי אין א פײַער- 
קאסע:; קאפּצאָנישע שטעל-הענדלער און זקיינים, װאָס האָבן געשפּאָרט דעם 
גראַשן אפן לעצטן טאָג: דינסט-מיידלעך -- דאָס פארהאָרעוועטע נאדן: אל- 
מאָנעס, װאָס ס'איז זייער לעצטנס... 

-- דאָס לעצטע.. -- האָט דער גאנצער אוילעם יענעם אונטערגע- 
האלטן. 

-- איצט מוזן מיר באקומען, װאָס ס'קומט אונדז. 

-- אונדזער געלט... -- האָבן זיך שוין געפונען מער דרייסטע, װאָס 
האָבן אָנגערופן די זאך באם נאָמען און זײַנען מער מאָנערישער צוגעטראָטן 
צו מוישע מאשבער. 

דעמלט האָט זיך פון צװישן אוילעם ארויסגערוקט א קליין נידעריק 
פּארשוינדל, מיט א האלב-ווינטערדיק בורנעסל, אָן קנעפּ און מיט א שטריק 
אונטערגעגארטלט. און דאָס איז געווען , קעצעלע?, װאָס האָט צו אלעם 
אויסערלעכן פּוץ נאָך געהאט די באקן מיט א ריטער פאטשיילע פאר- 
בונדן -- צי פון ציינווייטעק, צי פון קעלט. 

-- אוואדע איז צײַט, רעב מוישע, -- האָט קעצעלע מיט זײַן הייזעריק, 
פּישטשענדיק קעלעכל געטײַנעט און געמאָנט קלוימערשט פאר אלע; -- 
אלע אונדזערע זמאנים זײַנען שוין פארבלי... װוּ איז יוישער? גאָט אליין 
הייסט דאָך שוין נישט מער. 

-- יאָ, אלע זמאנים פארבײ, -- האָבן אלע אנדערע אויך קעצעלען אונ- 
טערגעהאלטן. 

פון פארלוירן זײַן און פון ניט האָבן װאָס צו זאָגן זײַנע באלאגערער 
האָט מוישע מאשבער זיך גענומען רוקן צוריק צו דער שװעל פון ערשטן 
קאָנטאָר-צימער, דורך וועלכער ער האָט נאָרװאָס אריבערגעשפּאנט:; און 
אין דער זעלבער צײַט האָט ער דערזען זײַן איידעם נאַכעם לענטשער זיך 
װײַזן פונעם צווייטן, פון אופנעם-צימער, --- וי ס'װוײַזט אויס, מיטן מיין 
אים קומען צו הילף און אים אָפּשלאָגן און באפרײַען פון די, װאָס האָבן 
אים ארומגערינגלט. 

-- װאָס איז מען זיך דאָ אָנגעגאנגען א פולע קאָנטאָר? װאָס מאכט מען 
פאר א טומל? -- האָט נאָכעם לענטשער אומגעריכט, הויך אף א קאָל, זיך 
א ווענד געטאָן מיט א פראגע צום אוילעם, קלוימערשט ער ווייסט ניט, צו- 
ליב װאָס און פארװאָס האָט מען איצט אזוי ענג ארומגענומען זײַן שווער 
מוישע מאשבער אין א ראָד, -- און זײַן פּלוצעמדיקע ווענדונג האָט גע- 
מאכט אלע פּענעמער זיך אף א װײַלע אויסצודרייען צו אים און זיך אָפּ- 
קערעווען פון מוישע מאשבער... 


09 


װוי מוישע מאשבער איז נישט געווען דערשלאָגן און װי שלעכט דער 
קאָפּ האָט אים די לעצטע צײַט ביכלאל שוין נישט געדינט, דאָך האָט ער 
דערפילט, אז איצט איז א שאס-האקוישער, ער זאָל אומבאמערקט זיך 
ארויסמאכן פון קאָנטאָר, און דעם גאנצן קאס, מיט וועלכן אלע זײַנע בא- 
לאגערער האָבן, מעגלעך, געמיינט אָנפאלן אף אים, אָפּװוענדן אף זײַן איי- 
דעם נאָכעם לענטשער. 

ער האָט טאקע אזוי געטאָן. ער האָט דאָס געמאכט גיך, גראָד אין דער 
מינוט, ווען אלע פּענעמער האָבן זיך פון אים אָפּגעקערעװעט. און אזוי- 
וי ער האָט געװוּסט, אז די מינוט װעט לאנג ניט דויערן, און אז וי נאָר 
מ'וועט זיך אומקוקן און באמערקן, אז ער איז ניטאָ, אזוי װעט מען אים 
נעמען זוכן, מעגלעך -- נאָכלויפן און אים װעלן פארהאלטן, האָט ער זיך 
דערום געלאָזט נישט דורכן געוויינלעכן ארײַנגאנג, נאָר טאקע דורך דער 
הינטערטיר, װאָס דורך דאָרט, האָט ער געגלייבט, װעט זײַן פארשװוּנ- 
דענעם שפּור נישט אזוי גרינג זײַן צו געפינען. 

ארױסײַלנדיק דורך דער טיר, האָט מוישע מאשבער פארשטאנען, אז 
מיט זײַן איידעם, װאָס איז געבליבן אויג אף אויג מיטן אופגערייצטן אוי- 
לעם, קאָן זיך דאָרט ניט גוט ענדיקן: אז קיין איבעריק קאָװעד װעט מען 
אף אים, נאָכעמען, שוין די ערשטע מינוטן, מיסטאם, נישט לייגן, און װוער 
ווייסט, װאָס שפּעטער ועט נאָך זײַן... אָבער ערגער פון דעם, האָט ער װוי- 
דער פארשטאנען, װעט זײַן, אויב אָט דער אוילעם װעט פארלאָזן זײַן 
איידעם, נישט זעענדיק אין אים דעם עמעסן שולדיקן, און װעט זיך א לאָז 
טאָן נאָך אים, נאָך מוישע מאשבער טאקע, אהיים, װוּ ער וועצט ארײַנפאלן 
מיט געשרייען, מיט ביזיוינעס, מיט קלאפּן אין טיש, קלאפּן שויבן, וי 
מ'יטוט אין אזוינע פאלן. 

ער האָט דאָך קיין אנדער אויסוועג ניט געפונען. ער איז אוועק אפגיך, 
מיט אן אײַנגעגראָבענעם קאָפּ אין קאָלנער, און אזוי צעמישט און צע- 
טראָגן, אז ווען א זײַטיקער װאָלט אף אים דעמלט א קוק געטאָן, װאָלט 
ער אים אויסגעזען, װי א כײַע, װאָס די יעגער זײַנען אף איר שפּור און 
װאָס די פּיאטעס ברענען איר פון געיעג... 

-- װאָס פאר א טומל, פרעגט ער? -- האָט עמעצער פון אוילעם מוישע 
מאשבערס איידעם, נאָכעם לענטשער, אָפּגעענטפערט. -- מיר װאָלטן גע- 
װאָלט זען, װוי װאָלט ער, נאָכעם, זיך געהאלטן, ווען מ'באגייט זיך מיט אים 
אזוי, װוי מוישע מאשבער, זײַן שווער, באגייט זיך שוין א צײַט מיט אָט 
די אלע דאָ פארזאמלטע; צי װאָלט ער לענגער געווארט און צי װאָלט ער 
מער געדולד ארויסגעוויזן צו די, וועלכע זײַנען אים שולדיק, ווען ער װאָלט 
געווען אין דער לאגע, װי אָט די, -- האָט דער איינער, װאָס איז ארויסגע- 
טראָטן פאר אלע, אָנגעװויזן מיט א פינגער אפן אוילעם, און בײסמײַסע 
האָט אי ער אליין, אי אויך אנדערע באמערקט, אז דער, צו וועמען זײ 
האָבן זיך פריִער געװענדט מיט זײיער טײַנע, אין ניטאָ, פאר- 
שװוּנדן. 

-- װאָס רעדט מען דאָ מיט אים? -- האָט אן אנדערער אויסגעשריען. -- 
נישט אים האָבן מיר דאָך געלט געליען ניט ער האָט אונדזערע וועקסלען 


00 


געכאסמעט! װוּ איז יענער? װוּ איז מוישע מאשבער? זײַן שװער װוּ 
איז? 

-- ניטאָ! -- האָט עמעצער א זאָג געטאָן. 

-- זיך אויסגעדרייט! -- א צווייטער. 

-- אנטלאָפן! -- א דריטער. 

און דאָ האָבן זיך שוין מיטאמאָל דערהערט פארשיידענע קוילעס פון 
אוילעמס געדיכטעניש ארויסקומען -- װער הויך און װער העכער: 

-- ווו איז ער אהינגעקומען? 

-- זיך אויסבאהאלטן? 

-- ס'וועט אים ניט העלפן! 

-- מיַר ווייסן, װווּ ער װוינט. 

-- מירן טרעפן אויך אהיים. 

-- אהיים!.. ייִדן, װײַבער, װאָס שװײַגט מען?! לאָמיר לויפן אים דעריאָגן, 
ער איז נאָרװאָס ארויס, ער איז נאָך ניט װײַט. 

-- אָנזעצן... מיינט ער? 

-- ראבעווען? 

-- וועמען? 

-- אונדז? 

-- אזוינע בלוטיקע געלטף -- האָט מען געטומלט, און נישט האָבנדיק 
פאר די אויגן דעם, צו וועמען מ'װאָלט געקאָנט דאָס הארץ אױסלאָזן, האָט 
מען זיך דערװײַל איינס פארן אנדערן די העלדזער געריסן און אָנגערופן 
מוישע מאשבער מיט אזוינע נעמען און װערטער, װאָס סײַ נאָכעם, מוישע 
מאשבערס איידעם, סײַ אלע אָנגעשטעלטע, סײַ אויך זײַטיקע מענטשן, װאָס 
האָבן דערהערט דעם ליארעם אין קאָנטאָר און זײַנען ארײַן פון גאס און 
פון די נאָענטע געשעפטן, זײַנען געשטאנען אָפּהענטיק, פארלוירן און וי 
פון א שטארקן האָגל געטראָפן. 

-- אהיים! -- האָט עמעצער א רוף ארויסגעלאָזט, און דער אוילעם האָט 
איִם גלײַך אופגעכאפּט. און װי ענג די קאָנטאָר איז ניט געווען פון אָנגע- 
לויף, אזוי האָבן זיך דאָך אלע מיטאמאָל צו דער טיר א לאָז געטאָן, זיך 
שטופּנדיק און וועלנדיק זיך פעדערן איינס פארן אנדערן, װי אלעמאָל א 
צעהיצטע מאסע, װאָס לאָזט זיך מיט אימפּעט צו א זאך, פון וװעלכער 
מ'האָט זי לאנג אָפּגעהאלטן און צו איר ניט צוגעלאָזט. 

-- וויי איז מיר! -- האָבן אייניקע עלטערע, אָפּנעשטאנענע, װאָס מ'האָט 
שיר ניט צעריבן אין ענגעניש, געשריען. 

-- אונדזער געלט! -- אנדערע. 

-- פארהאָרעוועטס! 

דער אוילעם איז ארויס. מ'האָט זיך געלאָזט לויפן, צוערשט אלע מיטא- 
מאָל, אלע איניינעם, רעדלעכװײַז, בינטלעכװײַז. װער ס'איז ייַנגער געווען, 
איז אָבער באלד פארלאָפן פאָרויס, און װער עלטער און שוואכער, 
איז אָפּנעשטאנען און האָט, לויפנדיק, געסאָפּעט, וי מוירע האָבנדיק 
צו פארשפּעטיקן און אז די גיכער לויפנדיקע זאָלן בא זיי ניט אויס- 
כאפּן. 


07 


מוישע מאשבער איז שוין טאקע אין דער היים געווען. ער איז ארײַן 
מיט א קליינער װײַלע פריער, איידער דער אוילעם האָט אים אָנגעיאָגט.. 
און ווען ער איז ארײַנגעקומען אין עס-שטוב און דאָרט קיינעם ניט גע- 
טראָפן, װײַל גיטעלע איז, װי איר שטייגער דעמלט, בא זיך אין אלקער בא 
איר װײַבערשן סייפער געזעסן, האָט ער א לויף געטאָן מיטן געדאנק איבער 
אלע צימערן און זיך א ייַשעוו געטאָן, װוּהין ער זאָל ארײַן זיך 
אויסבאהאלטן. און מיטאמאָל, װען ער האָט גראָד דערזען מײיערלען 
אים אנטקעגן קומען, האָט ער א זאָג געטאָן אין גרויס יאָגעניש און אָן שום 
ייַשעו; 

-- מייערל... קום ארײַן צו דיר... און פארשליס די טיר. 

-- װאָס איז, זיידע? -- האָט מייערל א פרעג געטאָן, ווען ער האָט דער- 
זען דעם זיידן א דערשראָקענעם און אזוי אויסזעענדיק, װוי איינער, װאָס 
איז נאָרװאָס אנטרונען פון גאזלאָנים און ווען דער נאָך נישט איבערגע- 
גאנגענער פּאכעד װירקט אף אים אזוי, אז ער איז גרייט זיך ווענדן נאָך 
הילף אפילע צו א קינד -- וי אָט דאָ, ווען מוישע מאשבער האָט אָנגענו- 
מען מייערלען פאר א האנט, און מ'האָט געזען, אז נישט מיטן מיין, קעדיי 
ער זאָל מייערלען פירן, נאָר פארקערט, ער זאָל פון מייערלען געפירט 
ווערן, אז יענער, הייסט עס, זאָל אים נעמען און װאָס גיכער ארײַנברענ- 
2 אין זײַן קינדער-צימער, װוּ ער לערנט און פארברענגט געויינ- 
עך. 

-- פארשליס, -- האָט מוישע מאשבער אײַלנדיק א זאָג געטאָן, ווען זי 
האָבן זיך געטראָפן דערװײַטערטע פון שטוב, אין קינדער-צימער, וווּ מיי- 
ערל האָט ערשט דאָרט דערזען, וי זײַן זיידנס פּאָנעם איז רויט, טויט, 
מעוװווּלוול, און די אויגן, װי נישט זײַנע. 

-- הא, מייערל, -- האָט מוישע מאשבער, בלײַבנדיק אליין מיט זײַן 
אייניקל, עפּעס א גיכן אומזיניקן זאָג געטאָן מער צו זיך אליין, װוי צו 
יענעם, וועלכער האָט געזען, װי בא מוישע מאשבער האָבן געציטערט די 
ליפּן בעשאס ער האָט די ווערטער ארויסגעבראכט. 

-- הא, -- האָט מוישע מאשבער נאָכאָמאָל דאָס זעלבע איבערגעכא- 
זערט. 

דעמלט האָט מייערל דערהערט, װי אין עס-שטוב איז מיטאמאָל גע- 
װאָרן עפּעס א זשום פון א סאך מענטשן, װאָס האָבן זיך צוערשט, זעט 
אויס, נישט איבעריק דריסט ארײַנגעשטעלט, און נאָך דעם, וען 
זי זײַנען שוין אהין ארײַן, האָבן זיי זיך דערפילט פרײַ נאָר אף 
אזויפיל, אז זיײיערע מײַלער זאָלן דערװײַל נאָר לאָזן הערן דער- 
שטיקטע קלאָגערײַען, װײַל אף העכער שרײַען האָט זיי קיין מוט ניט 
געקלעקט, 

-- וויי איז מיר, -- האָט זיך דערװײַל פון דאָרט ארויסגעהערט, -- 
אזא גזאר! 

-- ווער זאָל זיך עס געווען ריכטן? 

-- ווער האָט דאָס געקאָנט פאָרויסזען? 

-- א מענטש, װאָס גאָט און לײַט האָבן אים מעקאנע געווען.. 


08 


שפּעטער אָבער, אז דאָס געזעמל אין עס-ישטוב איז מער געוואקסן, האָבן 
די אָנגעקומענע, װײַזט אויס, אויך מער האָזע געקראָגן, און צוגעװווינט צו 
דער שטוב-לופט און געשטארקט איינס דורכן אנדערן, זײַנען זי ארויס 
מיט דעם, װאָס זיי האָבן מיטגעבראכט, נישט געקוקט דערוף, װאָס דער 
ארום איז זיי געװען פרעמד און װאָס די רײַכע װענט פון דער רײַכער 
שטוב האָבן זי ניט דערלויבט זיך פרײַ צו צעבינדן. 

-- ווו איז ער? -- האָט זיך דערהערט. 

-- װוּהין האָט ער זיך עס אויסבאהאלטן? 

-- װאָס מיינט מען, ס'וועט אזוי לײַכט אָפּגין? 

-- מ'יט אים אויסגעפינען! 

-- פון אונטער דר'ערד! 

-- ער וועט זיך ניט אויסדרייען! 

-- מירן ניט אוועקגיין, ביז ער װועט ניט דאָ, אפן אָרט, סילעקן ביז א 
קאָפּעקע. 

-- דאָ טאָגן, דאָ נעכטיקן. 

-- צעטראָגן אלץ, װאָס די אויגן זעען. 

-- װוּ איז ער? זאָל ער ארויס! גיט אים אהער! -- האָט די אָנגעלאָ- 
פענע מאסע, נישט האָבנדיק קיינעם פון די בניי-באיס פאר די אויגן, אויס- 
געשריגן אירע פאָדערונגען צו די װענט, צו דער סטעליע, צו די טירן 
פון אנדערע צימערן, וועלכע האָבן געפירט אין עס-שטוב, און װאָס קיינער 
האָט זיך איצט אף זיי ניט געװויזן. 

-- שטילער, -- האָט מוישע מאשבער דעמלט א זאָג געטאָן צום דער- 
שראָקענעם מייערלען, וועלכער האָט זיך גענומען שטויסן, װאָס אין שטוב 
טוט זיך, און פארװאָס דער זיידע האָט זיך אזוי אײַלנדיק דאָ מיט אים 
אין אלקער פארשטעקט. 

-- שטילער! -- האָט מוישע מאשבער גענומען טרײיסטן און װישן 
מייערלען די טרערן, וועלכע האָבן זיך אים געוויזן אי פון מוירע אי פון 
ראכמאָנעס צו זיך אליין, צו אלע שטוביקע, ביפראט צום זיידן. 

-- וויין ניט! -- האָט מוישע מאשבער געזאָגט צו זײַן אייגיקל, און 


דערבײַ האָט אויך ער אליין געציטערט פון דעם, װאָס זײַנע אויערן האָבן 
פון שטוב פארנומען: 


-- ס'דאָך עק װעלט! -- האָט מען דערװײַל דאָרט ניט אופגעהערט 
שרײיַען. 

-- ס'דאָך ערגער וי אין סדאָם! 

-- ס'דאָך שוין גאָר קיין נעמאָנעס ניטאָ! 

-- עלעהיי צו ראָצכים אין די הענט. 

-- װאָס טוט מען, װאָס הייבט מען אָן צו טאָן? 

-- אוי!. 

-- וואסער... גיט מיר וואסער... ס'איז מיר ניט גוט... -- האָט מען גע- 


נומען שרײַען און בעטן הילף מיט קװיטשערײַען פון ערעוו אָנמאכט און 
כאלאָשעס. 


09 


דעמלט איז מיטאמאָל שטיל געװאָרן אין שטוב. גיטעלע, װאָס איז 
צום אָנהייב אָנגעלױף געזעסן אין איר אלקער איבער איר טײַטש-כומעש, 
וי איר דעמלטיקער שטייגער, האָט, דערהערנדיק, װאָס אין עסצימער 
טוט זיך, זיך פּאמעלעך פון אָרט אופגעהויבן, איז רויַק אהין צוגעגאנגען, 
די שװועל אריבערגעטראָטן, צו זען, צי זײַנען ווירקלעך טאקע די קוילעס 
קוילעס; צי עפשער װײַזט זיך איר נאָר אויס.. 

זי האָט זיך נישט געײַלט, װײַל פון גרויס גלײַכגילט, װאָס האָט זי 
באהערשט נאָך דעם, װאָס ס'האָט זי און איר מאן מוישען די לעצטע צײַט 
געטראָפן, באזונדערס נאָך איר אומגליקלעכן און גאָרנישט-געפּױעלטן בא- 
זוך בא יאנקעװ-יאָסין, האָט געדאכט, אז קיין זאך קאָן זי שוין נישט 
איבעראשן און פון איר שטאנד נישט ארויספירן. 

זי איז ארײַן, און װי נאָר זי איזן אף דער שװעל ארוף, אזוי האָט 
זי גלײַך פארשטאנען, ווער דער אוילעם אין און װאָס ס'האָט אים גע- 
בראכט אהער... זי איז געבליבן געפּלעפט, אָבער אין דער זעלבער צײַט 
האָט זי זיך א כאפּ געטאָן, זיך גענומען אין די הענט און געזען זיך 
שטארקן, ויסנדיק, אז ס'איז פון הימל באשערט און אז קעגנשטעלן זיך 
איז ניט שײַעך, און אז זי דארף דאָס אָנעמען פאר ליב.. 

זי איז דערום גרייט געװען צו אלץ. באזונדערס נאָך, אז זי האָט 
זיך דערזען איינע אליין אין שטוב, אָן מוישען, אָן אירע קינדער און 
אָן קיינעם, וועלכער זאָל איר קומען צו הילף, האָט זי באשלאָסן זיך 
אונטערגעבן דער פאָרשטייענדיקער דערנידעריקונג, אָן טארומעס, 
װי ס'פאסט פאר אן אײנעם, ועלכן גאָט האָט אױסדערװויילט צו 
פּרוּוון מיט יעסורים, װי זי האָט אין אירע װײַבערשע ספאָרים אויסגע- 
לייענט. 

זי איז שטיין געבליבן, און די ערשטע רעגע האָט זי, א נישט-בא- 
מערקטע פון קיינעם, זיך האלב רויַק אײַנגעהערט אין די גוואלדן פון 
אוילעם און נאָר צוגעזען די אומאָרדענונג, װאָס מ'האָט ארײַנגעבראכט 
אין שטוב מיט די אָרעמע רייכעס און מיט די טראנטעוואטע שיך און 
שטיוול, וועלכע האָבן אָנגעטראָגן א פולע שטוב נעץ און קויט פון גאסן- 
שניי. 

באלד אָבער האָט מען זי דערזען, און דער אוילעם איז אף א רעגע, 
אף איין רעגע נאָר, שטיל געװאָרן, װי געטראָפן פון דער רו, מיט וועל- 
כער זי האָט, פון דער שװועל אראָפּקוקנדיק, אלעמען באגעגנט. מ'איז אף 
א װײַלע װי אָן לאָשן געבליבן--א ביסל פון דערעכערעץ פאר איר 
ווירדיקער האלטונג, און א ביסל אויך דערפאר, װאָס אין דער שװײַגנדי- 
קער מינוט האָבן זיך אלע דערפילט באפרידיקט דערפון, װאָס זיי האָבן 
איצט דערזען מוישע מאשבערס א נאָענטן, צו וועמען זיי װועלן זיך קאַנען 
ווענדן -- מיט גוטן אָדער מיט שלעכטן--וי גלײַך אליין צו מוישע 
מאשבער. 

און אזוי איז טאקע געווען. 

באלד האָט זיך פון אנשוויגן-געװאָרענעם אוילעם ארויסגערוקט ,קע- 


50 


צעלע", מיטן האלב-ווינטערדיקן בורנעסל, און איז מיט א פויסטל צום 
טיש צוגעלאָפן, זיך געשטעלט צום אױבנאָן און אויסגערופן; 

-- מײַן געלט! 

-- אונדזער געלט!-- האָבן אים פון אלע זײַטן אונטערגעהאלטן צע- 
פּאטלטע װײַבער, מיידלעך, װאָס די האָר זײַנען זיי ארויס דורך די שאלן, 
שאלעכלעך און האָבן זיי געמאכט אויסזען ווילדיפארפּאליעט און צע- 
פלאָכטן. 

-- יֵיִדן, װײַבער, -- האָט זיך גיטעלע דעמלט שטיל א װענד געטאָן 
צום אוילעם, װאָס האָט זיך צו איר געריסן מיט פאָדערנדיקע אויסגע- 
שרייען, -- נעמט, װאָס איר װוילט, נעמט, װאָס אײַערע אויגן זען.. ס'ניט 
מײַנס, ס'איז גאָטס און אײַערס... 

-- אוואדע װעלן מיר נעמען!--האָט מען פון אלע זײַטן אירע ווער- 
טער אופגעכאפּט. --- אוואדע!.. ייִדן, נעמט! 

און דער גאנצער אוילעם האָט זיך צעלאָזט פון עסצימער איבער אלע 
צימערן --- אײינציקװײַז, גרופּעסװײַז, און צעווילדעװועט פון אייגענעם אימ- 
פּעט, האָט מען גענומען שלעפּן, װער װאָס ס'האָט געקאָנט, וועמען װאָס 
ס'איז אונטער דער האנט געקומען, װי בעטגעוואנט פון בעטן, קליידער --- 
פון שאפעס און גארדעראָבעס, װי אויך אנדערע כפייצים --- געפעס, גלאָז- 
ווארג, און אױיסשטײַער, װי טישטעכער, האנטעכער אאוו. 

פון גרויס אימפּעט האָבן אייניקע אפילע גענומען פּאקן זאכן אין 
לײַלעכער, װי בייס א סרייפע, גיך און אײַלנדיק, און דערבײַ האָט מען 
אי געכאפּט, אי אין דער זעלבער צײַט האָט מען זיך געשעמט און זיך 
פארענטפערט מיט די צאָרעס, װאָס האָבן דערצו געצװוּנגען: 

-- וויי איז מיר, -- האָט מען געפּאקט און, פּאקנדיק, זיך געקלאָגט, אף 
װאָס מאיז איבערגעקומען אף דארפן אָנקומען צו נעמען 
פרעמדס... 

דערבײַ האָבן זיך אויך פארשיידענע סצענעס אָפּגעשפּילט, ווען צויי 
מיטאמאָל האָבן זיך אָנגעשלאָגן אף איין זאך, װאָס איז זיי געפעלן, און 
יעדערער האָט זי געװאָלט װאָס גיכער ארײַנכאפּן פאר זיך;: ווען מ'האָט 
זיך שוין שיר-שיר ניט צעשלאָגן, האלטנדיק איינער בא איין עק זאך, 
דער צווייטער בא א צוייטן עק און געצויגן און געריסן איינער פון 
אנדערנס הענט, און אָט-אָט, האָט געדאכט, װעט מען זיך אין די פּענעמער, 
אין די צורעס ארײַנפאָרן. 

ווען דער אוילעם איז געוװוען אזוי פארכאפּט און באשעפטיקט מיט 
דער שלעפּימעלאָכע, האָט מען גיטעלען געקאָנט זען, װי זי האָט זיך גע- 
טראָפן שטיין אין א מיטן צימער, פארשטעלט די אויגן מיט די הענט, װי 
צו ליכט-בענטשן, און שטילערהייט, מיט טרוקענע אויגן, אָן געוויין, צו 
טײַנען: 

-- ריבוינעשעלוילעם, פארװאָס? 

אויב עמעצן װאָלט ניט לײַכט געווען צוצוזען, װי גיטעלע איז אינמיטן 
יענעם צימער געשטאנען, װאָלט אים אָבער שװוערער נאָך געווען צו קוקן 
אף מוישע מאשבער דעמלט אינעם אָפּגעשלאָסענעם אלקער מיט זײַן 


1 


אייניקל מייערל זיך אויסבאהאלטן -- וויאזוי ער האָט זיך אָנגעהאלטן אין 
מייערלען, זיך געקלאמערט און װי געזוכט הילף בא אים... 

דאָס נאָך צוערשט, ביפראט שפּעטער, נאָך דעם, װי די אָרעמע באל- 
כויוועס זײַנען זיך אָנגעלאָפן און האָבן גענומען טאָן אין שטוב, װוי אויבן 
איז געזאָגט -- פּאקן פּעק און כאפּן איינציקע זאכן צעהיצט און װי בייס 
א מעהומע; און וען נאָך דעם האָבן זיך אויך גענומען ארײַנשטעלן די 
מער ערנסטע באלכויוועס, מיט װייניקער ראש, מיט קלענערן אומגעדולד, 
אָבער דערפאר מיט מער װאָג און אויך מיט גרעסערע טײַנעס:; און אויך 
זי האָבן גענומען פריַער צו גיטעלען זיך וענדן, טײַנענדיק מיט גוטן 
,סטײַטש, אזא, װי איר מאן, װי מוישע מאשבער, זאָל װעלן פרעמדס? 
און גיטעלע האָט די הענט געבראָכן, צוריק טײַנענדיק: , ייִדן, טוט װאָס 
איר װילט, נעמט, װאָס אײַערע אויגן זען, װי אָט די אלע טוען..? און 
יענע האָבן איר געענטפערט: ,װאָס רעדט זי, װאָס װעט דאָס זיי געבן? 
און צי מיינט זי אף אן עמעס, אז מיט אָט דעם ביסל קיילים און שטוב- 
זאכן װעט מען זי אָפּקומען? ניין, זיי ווילן אפילע ניט הערן... זי, גיטעלע, 
האָט בא זיי ניט געליִען, און פון איר פאָדערן זיי גאָרניט; זיי ווילן נאָר 
זען און איבערעדן מיט איר מוישען, וועלכער וועט געוויס ניט מייעז זײַן 
און זיי ניט פאָרלייגן דאָס, װאָס זי, װאָס פארשטייט ניט אין אזוינע 
זאכן". 

-- אײַער מאן װוּ איז? -- האָבן זיי געטײַנעט. -- גיט אים אהער, -- און 
אלע די, װאָס האָבן שוין געהאלטן די אָנגעפּאקטע פּעק און כפייצים אין 
די הענט, האָבן זיי אונטערגעהאלטן און געהאָלפן פאָדערן: 

-- װאָס באהאלט מען אים, מיר ווילן אים זען, גיט אים אהער.. 

און איבער אלעמען האָט זיך דערהערט דאָס קאָל פון א צאלי דערבא- 
רעמדיקער, װאָס האָט זיך אויך, צװישן אנדערע, מיט זײַן גרויסן גוף 
ארײַנגעשטעלט, האָט אלעמען צעשטופּט, זיך אוועקגעשטעלט לעבן גי- 
טעלען און אין איר בלאס-פארלוירן פּאָנעם ארײַנגעשריגן; 

-- װאָס מיינט זי װאָס? פון צאלין װוערט מען אזוי לײַכט פּאָטער? 
כ"ל ניט אוועק פונדאנען, כ'וועל פון שטוב ניט ארויס, כוועל דאָ טאָגן, 
נעכטיקן -- בא אײַער מוישען אין בעט, בא אײַך אין בעט.. צאלין האָט 
נאָך קיינער ניט אָנגעזעצט, אויך אײַער מאן װעט ניט.. כורבוינעס װעט 
ער מאכן... 

און דאָ, אינמיטן אָט דעם אלעם, האָט נאָך געפּלאצט עפּעס א גלעזער- 
נע קיילע פון א קרעדענץ, װאָס איינער אָדער איינע פון די אָרעמע באל- 
כויוועס האָט ארויסגעכאפּט פון א גלאָזזשאפע און האָט זי אומפאָרזיכטיק 
| אָדער פון נישט ויסן, ויאזוי זיך צו באגיין, אראָפּגעװאָרפן און צע- 

בראָכן, און דער אוילעם האָט געמיינט, אז עמעצער האָט שוין א שויב 
אויסגעזעצט. 

-- גוט אזוי, -- האָט מען אלע מאסקים געווען מיט דעם ברעכער. 

-- רעכט אזוי! 

-- ס'קומט זי 

-- פארדינט. 


50 


-- די פענצטער אױסשלאָגן, די שטוב צעטראָגן. 

אָט דעמלט האָט גיטעלע עפּעס א שטילן ציטער געטאָן--אזא, װאָס 
נאָך אים קומט שוין אמאָל א קוויטש, װאָס לעכערט דעם מויעך, אָדער אזא 
שטילשװײַגן, װאָס ענדיקט זיך מיט אומפאלן און שוין נישט קאָנען אופ- 
שטיין, 

אין יענעם מאָמענט האָט אויך צו מוישע מאשבער אין אלקער דער- 
גרייכט, מיט װאָס פארא נעמען ער וװערט אין שטוב אָנגערופן, ולַאזוי 
מ'יזוכט אים, מ'וויל אים זען און מיט אים זיך צערעכענען, --אָט דעמלט 
איז ער שוין גרייט געוען, אומפארשטענדלעך פארװאָס, צו פארלאָזן 
מייערלען, צוגיין צו דער טיר, עפענען דעם שלאָס, ארויס און מיטאמאָל 
זיך באװײַזן פארן גאנצן אוילעם פון באהעלטעניש. 

אָבער... אין דער מינוט איז אין שטוב עפּעס װוידער מיטאמאָל שטיל 
געװאָרן, אזוי שטיל, װי גלײַך איינער, אן אומגעריכטער, װאָלט זיך 
דאָרט באוויזן, װאָס אז מ'האָט אים דערזען, האָט מען דערפילט, אז אלע 
טומלענדיקע מײַלער דארפן אײינצײַטיק און אָן שום טערעץ אנשוויגן ווערן. 

ווירקלעך: װוי דער אוילעם -- דער, װאָס מיט די פּעק, און דער, װאָס 
אָן זיי, -- האָט זיך ארום גיטעלען פארזאמלט, מאָנענדיק פון איר, זי זאָל 
איר מאן מוישען ארויסגעבן, --אזוי האָט זיך אף דער שװעל פון שטוב 
באוויזן א געריכט-באאמטער, אָנגעטאָן לוט דער פאָרמע, און נאָך אים א 
בודאָטשניק, אים צו הילף, װי דער שטייגער, און הינטער זיי סרולי גאָל, 
און הינטער סרולין אויך שמוליקל שלעגער צולעצט. 

-- האלט! -- האָט אויסגערופן דער געריכט-באאמטער, װאָס איז אָנגע- 
קומען אף די געשרייען און געזען, װאָס פריער אין דאָ פאָרגעקומען-- 
אז דער אוילעם האָט גענומען איינציקע זאכן און גאנצע פּעק אף ארויס- 
צוטראָגן פון שטוב. 

-- האלט!-- האָט ער א זאָג געטאָן, און צוגייענדיק צום אױבנאָן פון 
טיש, האָט ער ארויסגענומען א פּאפּיר, פון װעלכן ער האָט גענומען 
לייענען. 

ער האָט געלייענט נישט לאנג, און װער נאָר ס'האָט פארשטאנען און 
געהאט א מינדסטע אנונג אין געריכט-איניאָנים, דער האָט גלײַך באנומען, 
אין װאָס דאָ גייט: אז דאָס, װאָס דער אוילעם האָט זיך דערלויבט צו נע- 
מען אף אייגענער אכרײַעס פון מוישע מאשבערס שטוב-זאכן און אייגנס, 
איז פארבאָטן, װײַל ס'געהער שוין נישט צו מוישע מאשבער, נאָר צו דעם, 
אף וועמעס נאָמען יענער האָט איבערגעשריבן די גאנצע שטוב, דעם הויף 
און אלץ, װאָס דאָרט געפינט זיך. 

-- װאָס? -- האָבן די, װאָס האָבן פארשטאנען, זיך פארכידעשט, וען 
זיי האָבן דערהערט דעם נאָמען פון דעם, צו וועמען מוישע מאשבערס 
פארמעגן געהערט איצט, -- צו סרולי גאָל? 

-- יאָ, -- האָט דער געריכט-באאמטער געענטפערט. און דערבײַ צוגע- 
געבן, אז פון איצט אָן, איז װער ס'וועט אָנרירן א האָר, א מינדסט, דער 
וועט זײַן פאראנטװאָרטלעך פארן געזעץ, װאָס האָט דאָס אלץ ארונטער- 
גענומען אונטער זײַן רעשוס. 


53 


-- װאָסער געזעץ? װאָס דאבערט ער?-- האָט דער מערסטנטייל נישט- 
פארשטייערס געפרעגט בא די, װאָס פארשטייען יאָ, צעמישט און פארלוירן 
פון דעם, װאָס זיי האָבן דערפילט די פרעמדע האנט פון דער פרעמדער 
מאכט, וועלכע האָט זיך ארײַנגעמישט און דערלויבט זיי ניט קומען צו 
זייערס. 

-- ס'איז אף א פרעמדנס נאָמען, זאָגט ער... נעמען טאָר מען ניט. 

-- אף וועמענס נאָמען? 

-- אף דעמס, -- האָט מען זיי א װײַז געטאָן אף סרולין, װאָס איז גע- 
שטאנען לעבן געריכטיבאאמטן, האנט-בא-האנט, און דאָס פּאָנעם איז אים 
געווען פארגליווערט פון אלץ צוקוקן און גאָרנישט ניט זאָגן. 

-- װאָסער נאָמען? 

-- ווער נאָמען? 

-- ער איז ער? 

-- װאָס האָט ער ארײַנגעלייגט? װאָס קער ער זיך אָן?--האָבן גלײַך 
גענומען פרעגן אייניקע, נישט פארשטייענדיק, װאָס דאָ קומט פאָר. 

--פּאני... האָספּאָדאר... -- האָבן פארשיידענע װײַבער, מענער פון אוי- 
לעם זיך געריסן צום באאמטן, אים געװאָלט עפּעס זאָגן און פאר אים זיך 
אויסרעדן, אָבער מער פון די ווערטער , פּאני, האָספּאָדאר? האָבן זי ניט 
געקאָנט ארויסברענגען, מאכמעס זיי האָבן דאָס פרעמדע לאָשן נישט בא- 
הערשט. 

-- װאָס פאר אן אָנשיקעניש?---האָבן זיך גענומען קלאָגן אלע די, 
װאָס האָבן זיך אָנגענומען איינציקע זאכן אָדער גאנצע פּעק און האָבן זי 
שוין געהאלטן פאר זייער אייגנס, און איצט, נאָכן באפעל פון באאמטן, 
האָבן זיך געמוזט מיט זי אָפּגעזעגענען און זיי צוריק אוועקלייגן. 

-- פאלש און שווינדל! -- האָבן זיך דערהערט אויסגעשרייען פון אזוי- 
נע, װאָס האָבן זיך אף קיין שטוב-זאכן נישט געראדעוועט, װײַל ס'איז 
זיי געקומען מער און קיין קלײניקײַטן האָבן זײי ניט באפרידיקט. און 
,קעצעלע?, װאָס איז ווילד אָפּהענטיק און דערשלאָגן געבליבן, זעענדיק, 
װאָס ס'האָט דאָ געטראָפן, איז שטיל און אין גרויס פארצווייפלונג צוגע- 
גאנגען צו שמוליקל שלעגער, וועלכן ער האָט די לעצטע טעג געזוכט און 
ניט געפונען, און געפילט, אז יענער דרייט זיך עפּעס אויס, יל נישט 
פארדינען און דאָס מאָל אין זײַן שליכעס נישט גיין; 

-- וויי און ווינד איז מיר!--האָט איצט קעצעלע געטײַנעט מיט א 
װײַבעריש-װיינענדיקן ניגן פאר שמוליקל שלעגער.--װאָס האָסטו זיך 
אויסבאהאלטן? האָסט בא מיר װייניק פארדינט? צי האָט דיר עמעצער מער 
געגעבן? גאזלען! רעצייעך! אין פארװאָס האָסטו ניט געזאָגט? אין דײַן 
טאטנס טאטן... 

-- װאָס טוט זיך אף דער װעלט?---האָט זיך דערהערט א קלאָגערלי 
פון אלטע, שוואכע. 

-- זי װאָלט שוין געמעגט אונטערגיין!. 

-- צעגייט זיך!-- האָט דער בודאָטשניק, אפן באאמטנס א װוּנק, א 


74 


באפעל געטאָן צוֹם אוילעם, צו וועלכן ער איז צוגעטראָטן, אים אף דער 
טיר אָנגעװיזן און גענומען ארױיסטרײַבן. 

-- צעגייט זיך, זאָגט מען --האָט ער שוין א העכערן געשריי געטאָן, 
ווען דער אוילעם האָט געזאמט, זיך גערוקט פון איין אָרט אפן אנדערן 
און נישט געװאָלט אָפּטרעטן און די שטוב פארלאָזן. 

מ'האָט סאָפקאָלסאָף נאָכגעגעבן -- פריִער די, װאָס האָבן דאָס פרעמדע 
לאָשן נישט פארשטאנען און האָבן ביכלאל געציטערט פאר א ,קנעפּל? 
דערנאָך אויך אזוינע, װי א צאלי, װאָס האָט װייניקער מוירע געהאט, 
אָבער װאָס אויך בענעגייע אים איז דער באפעל געווען א באפעל, וועלכן 
מ'מוז אויספאָלגן. 

-- מירן נאָך זען -- האָט ער בייס ארויסגיין דעם קאָפּ צוריק צו דער 
שטוב אויסגעקערעוועט און פון דער שװעל אראָפּ געדראָעט. -- די וועלט 
איז ניט העפקער, און נישט ער, צאלי, איז איינער א פארינטערעסירטער, 
װאָס װעט אלץ טאָן, אז דער שווינדל זאָל אופגעדעקט וװוערן. 

-- גענוג, גענוג!--- האָט אים דער בודאָטשניק אף דער טיר אָנגעװיזן, 
און אויך ער, צאלי, האָט געמוזט די שוועל אריבערשפּאנען מיט לײידיקע 
הענט, װי אלע איבעריקע, װאָס זײַנען ארויס בלויז מיט אופגעהאלטענע 
קלאָלעס און זידלערײַען אין די מײַלער. 

געבליבן איז נאָר איינער, קעצעלע, וועלכער האָט באוויזן זיך פאר- 
האלטן לענגער פון אלע, מאכמעס זײַן קליינעם װוּקס און נישטיקן אויס- 
זען. ער האָט אלץ צו שמוליקל שלעגערס פּאָנעם ארופגעקוקט און וי 
דורך א לייטער זיך צו אים געדראפּעט און שטילערהייט נאָך אלץ אין אים 
ארײַנגעטײַנעט: 

-- אין זײַן טאטנס טאטן... פארװאָס האָט ער זײַן אופטראָג ניט גע- 
װאָלט אָנעמען, און װוּ איז ער געווען די גאנצע לעצטע צײַט, ווען ער, 
קעצעלע, האָט אים געזוכט און אזוי באדארפט האָבן?. 


8 * 5 


און דאָ, צום פארענדיקן מיט דער זאך, נאָך א פּאָר קלײניקײַטן 
ערשטנס, דארף מען זיך פאָרשטעלן, ויַאזוי סרולי האָט זיך געפילט בא 
אָט דער סצענע, ווען ער איז געקומען פארטיידיקן די אינטערעסן פון אזא, 
צו וועלכן ער האָט זיך באצויגן קלאל ניט געהויבן, װי מיר געדענקען; 
ביפראט נאָך, ווען פון אָט דער פארטיידיקונג האָבן געמוזט לײַדן אזוינע, 
װאָס צו זיי איז אים זײַן הארץ געלעגן און זייער אָרעמען גוירל האָט ער 
אוואדע ניט געװאָלט פארטשעפּען און אָנרירן. 

יאָ, א װידערשפּרוך, אף וועלכן ס'װואָלט זיך געלוינט לענגער אָפּי 
צושטעלן, אָבער מיר האָבן דערוף קיין צײַט ניט... דאָס -- איינס, און דאָס 
צווייטע --א בילד, װאָס דארף אינקורצן דאָ געמאָלט זײַן, און נעמלעך: 

וי נאָר דער אוילעם איז ארויס און געלאָזט די שטוב אליין, שין 
אָן קיינעם, אָן קעצעלען אפילע, און דערנאָך אויך אָן דעם באאמטן, אָן 
סרולין און אָן אלע איבעריקע, און געבליבן איז אליין נאָר גיטעלע אין 


579 


עס-ישטוב אי א געטראָפענע, אי קלוימערשט א געהאָלפענע פון דעם, װאָס 
דער אוילעם איז אוועק און איז געווען געצווונגען איבערלאָזן און נישט 
פארנעמען גאָרנישט, -- װוי זי איז אזוי געבליבן, אזוי האָבן שפּעטער עט- 
װאָס, שטיל פון אלקער, װוּ מוישע מאשבער האָט זיך אויסבאהאלטן, ער 
מיט מייערלען זיך באוויזן. זיי האָבן זיך פאר א האנט געהאלטן--נישט 
אזוי מוישע מייערלען פאר דער האנט, נאָר גיכער פארקערט: מייערל-- 
מוישען, וועלכן ער האָט געפירט, װי א בלינדן... און אז זיי זײַנען ארײַן 
אין עס-שטוב און דערזען גיטעלען אינמיטן, זײַנען זיי, אָן א װאָרט צו 
זאָגן, צו איר צו. מוישע מאשבער איז דאָס ערשטע מאָל פאר פרעמדע 
אויגן אזוי נאָענט צוגעטראָטן צו גיטעלען, און גיטעלע האָט אים, װי א 
קינד, אָדער װי א קראנקן צו זיך צוגעלאָזט... און אזויווי מייערל האָט זיך 
געפונען צװוישן זיי אינמיטן, אזוי האָט ער, אויסער דעם זיידנס האנט, 
אָנגענומען אויך די באָבע פאר א האנט, און ביידע זיי אין שטום-שװײַגנ- 
דיקן צאר פארייניקט.. 


עִו 
בייזוויליקער באנקראָט 


אמאמשואפן י נאָר מע האָט זיך דערװוּסט פון מוישע 
| מאשבערס אָנזעץ; װי מע האָט זיך דער- 
װוּסט, װאָס פארא סצענעס סהאָבן זיך 
אָפּנעשפּילט בא אים אין שטוב, וען 
אָרעמע באלכויוועס האָבן זיך געװאָרפן 
כאפּן די כפייצים, װאָס יעדערן איז גע- 
קומען אונטער דער האנט, און ויאזוי 
אין לעצטן מאָמענט האָט מען זי אָפּנע- 
6 האלטן דערפון, ווען ס'האָט זיך באוויזן 
יע א פאַרשטײער פון געריכט צוזאמען מיט 
סרולי גאָל, אף וועלכן יענער, דער גע- 
ריכט-באאמטער, האָט אָנגעװיזן, װי אפן 
באלעבאָס פון אלדעם אייגנס, װאָס 
סהאָט ביז אֹהער געהערט צו מוישע 
מאשבער: װי מע האָט זיך דאָס דערװוּסט, אזוי איז אין הויז פון יאנקעוו- 
יאָסי איילבירט אָפּגעהאלטן געװאָרן א באראטונג, צוערשט צװישן אים 
מיט זײַן יאָר-אדװאָקאט, וועלכער פארטרעט אלעמאָל זײַנע איניאָנים, ווען 
ס'קומט צו א געריכט; דערנאָך אויך מיט אנדערע באלכויוועס. און אף אָט 
די באראטונגען איז מען נאָך לאנגע רײדערײַען געקומען צו א באשלוס, 
װאָס איין העלפט פון אים האָט מען טאקע באלד דורכגעפירט: מע האָט 
א װוּנק געטאָן, וועצמען מ'דארף, און באלד איז סרולי גאָל פון פּאָליצי 
פארנומען געװאָרן, און באלד טאקע איז ער געשטעלט געװאָרן פאר אן 
אױיספאָרשער, וועלכער האָט זיך בא אים געװאָלט דערוויסן: ערשטנס, 
ער ער איז און פונוואנען האָט ער אהער אין היגן קאנט געטראָפן און 
צווייטנס, װי קומט צו אים --אזא, װי ער ---גאָר געלט. 

סרולי האָט, שטייענדיק פארן אױיספאָרשער אָנעם היטל, װי מ'שטייט 
פאר אזא, געפּרוּװוט צוערשט זיך אָפּשלאָגן מיט שפּאס, װי גלײַך ער װאָלט 
געשטאנען פאר א היימישן, וועלכער װאָלט אים פארגעבן אזא-אָ פראגע, 





די? 
577 


-- ,געלט? װי ס'קומט צו אים געלט?..--פון א קלויסטער... פון קלע- 
ווער אָדער פּאָטשײַעװער לאוורע, װאָס ער האָט באגאנוועט..* 

שפּעטער אָבער, אז סרולי האָט דערזען, אז פאר שפּאס אין דאָ קיין 
אָרט ניט, האָט ער גענומען ענטפערן אף די פראגעס, װאָס מ'האָט אים 
פארגעבן, מיט טאָלק, געוויסנהאפט און זאכלעך, אזוי אז דער אױיספאָרשער 
האָט, קוקנדיק אף אים מיט זײַן געניט אויג, גלײַך געזען, אז יענע, װאָס 
האָבן אָנגעװיזן אף אים, האָבן קיין שום סמאך געהאט פאר זײיער כשאד, 
און שוין, נאָכן ערשטן פארהער, איז ער נויטע געווען אים צו באפרײַען. 

ער האָט זיך דאָך ניט געײַלט דאָס צו טאָן, מיינענדיק, אז עפשער 
פאָרט האָט ער דאָ אָנגעטראָפן אף א צו קלוגן, װאָס יל אים אויסנארן 
און איבערשפּיצן, װי ס'מאכט זיך... ער האָט דערום אים נאָך פארהאלטן 
און אים געהייסן ברענגען פאר זיך א צווייט מאָל און א דריט מאָל. דער- 
בײַ האָט ער זיך ניט באנוגנט בלויז מיטן אויספרעגן, נאָר האָט גלײַך 
פון אָנהײיב אָן זיך געשטעלט אין פארבינדונג דורכן געהיימען קרימינעלן 
אױיסשפּיר מיט אלע יענע ערטער, אף וועלכע סרולי האָט זיך פארופן, אז 
ער שטאמט פון דאָרט און װוּ מ'קאָן אף אים איידעס זאָגן, אז אלץ, װאָס 
ער זאָגט, איז ריכטיק. אלע סרוליס אָנגאבן האָבן זיך, נאָך דער אויספאָר- 
שונג פון די אויבןידערמאַנטע אױיסשפּיר-אָרגאנען, טאקע ארויסגעויזן, 
וי סרולי האָט געזאָגט, א האָר ניט געמינערט. אזוי, אז באם אוספאָרשער 
איז שוין דעמלט קיין צווייפל ניט געבליבן אין סרוליס אומשולד, און 
לויטן געזעץ איז שוין קיין שום גרונט ניט געווען, מ'זאָל אים נאָך לענגער 
פארהאלטן. 

האָט מען אים טאקע באפרײַט, און אזױיערנאָך איז צונישט געװאָרן 
איין העלפט ציל, וועלכן ס'האָבן געװאָלט דערגרייכן מוישע מאשבערס 
באלכויוועס ---ארויסצוקריגן א באװײַז פאר זײַנע שווינדלישטיק -- דערמיט, 
װאָס מ'וועט דערװײַזן, אז איינער פון די, מיט וועמען ער האָט הינטנ- 
ארום אָפּגעשלאָסן א מאניפאָרגע-געשעפט, איז אין גרונט א שווינדלער. 
דאָס -- צונישט. דערפאר אָבער די צווייטע העלפט --די עצעם שולד פון 
מוישע מאשבער אליין, אז ער האָט ביכלאל ניט אָרנטלעך געהאנדלט און 
אז ער האָט אונטערגעשטעלט אויסגעטראכטע באלכויוועס, בא וועמען ער 
האָט קלוימערשט געליִען פריִער איידער בא אנדערע און אז דערום האָט 
ער אויך רעכט געהאט זיי צו באפרידיקן, -- איז געבליבן אין קראפט. 

דאָס האָט זיך לײַכט געקאָנט דערװײַזן דערפאר, װײַל ס'האָט זיך 
ארויסגעשטעלט, אז אויסער דער שטוב, װאָס איז איבערגעשריבן געװאָרן 
אף סרולי גאָלס נאָמען, האָט מוישע מאשבער אויך מיט זײַנע געשעפטן 
געטאָן דאָס זעלבע: דאָס נאפט- און אויל-געשעפט האָט ער איבערגעשריבן 
אפן נאָמען פון איינעם זײַנעם אן איידעם, פון יאנקעלע גראָדשטײן, און 
די קאָנטאָר -- אפן נאָמען פון זײַן צווייטן איידעם נאָכעם לענטשער. 

פע! אזוינס איז דאָך ניט געהערט: מע זאָל קיינעם פון די נישט- 
אייגענע ניט לאָזן קיין מינדסטע מעגלעכקײַט צו באקומען כאָטש א 
מינדסט, כאָטש א קליינעם טייל פון דעם, װאָס מ'האָט ארײַנגעלײגט און 
װאָס מ'האָט אָנגעװווירן. 


8 


דאָס האָט אלעמען אין גרויס קאס ארײַנגעבראכט, און באזונדערס 
אזוינע, װי א יאנקעװ-יאָסין, װאָס האָט נישט געטאָרט דערלאָזן אומבא- 
שטראָפט אזא זאך, װאָס קאָן דינען פאר א בײַשפּיל, וועלכן אנדערע װעלן 
נאָכטאָן... און יענע, די סאמע אָנגעזעענע, די סאמע פארינטערעסירטע 
באלכויוועס האָבן באלד ווידער א װוּנק געטאָן, וועמען מ'דארף, און באלד 
טאקע געפּױעלט, אז דער זעלבער אױספאָרשער, װאָס האָט אָקאָרשט ערשט 
געהאט צו שטיין פאר זיך אפן פארהער סרולי גאָל, זאָל איצט נעמען אפן 
פארהער מוישע מאשבער, און באלד שוין נאָכן ערשטן אויספרעג זאָל ער 
האָבן באקומען אלע נייטיקע רײַעס און באװײַזן, װאָס זאָלן אים געבן 
די רעכט צו קאָנען פארנעמען מוישע מאשבער און אים פארזעצן אף דער 
גאנצער צײַט, װי לאנג די אױיספאָרשונג וועט זיך ציִען און ביז די זאך 
וועט אוױיסגעקלאָרט ווערן אין געריכט. 

דאָ אָבער, ווען ס'האָט זיך געהאנדלט וועגן בא לד ארעסטירן מוישע 
מאשבער, האָט זיך נאָך געלאָזט אויסגעפינען א לעצט מיטל אף אים 
ארויסצוצלען פון דער צאָרע: מ'האָט באדארפט אײַנלײגן א געוויסע סומע 
אַרװעס-געלט, אָדער אויב ניט קיין געלט ---איז אז איינער, א זייער אָנגע- 
זעענער שטאָטימענטש, זאָל געבן א כסימע פאר אים, אז ער װעט ביזן 
געריכט פון אָרט זיך ניט רירן און ניט װעלן אנטלויפן. 

אזא איינער האָט זיך געפונען, און מוישע מאשבער איז דערװײַל נאָך 
געבליבן אף דער פרײַ... און אָט די צװישן-צײַט האָבן מוישע מאשבערס 
אייגענע אויסגענוצט דערוף, מ'אָל אומשיקן איציקל זילבורג, מוישע 
מאשבערס פארטרויונגס-ימאן, צו די שטארק אופגעבראכטע באלכויוועס, 
ער זאָל זי אופקלערן און דערװײַזן, אז דאָס, װאָס מוישע מאשבער איז, 
לויט זייער מיינונג, באגאנגען בייזװיליק און מיט שלעכטן מיין, איז אינ- 
דערעמעסן ניט אזוי, װײַל אינדערעמעסן איז זײַן מיין געווען בלויז דאָס 
געשעפט נישט צו צעברעכן, ווען אלע מיטאמאָל װעלן זיך אָנלויפן און 
נעמען ראטעווען, װי פון א סרייפע, ווען אלץ װעט וװערן צונישט און 
אלע װעלן געשעדיקט וערן --אמער,--האָט מוישע מאשבער גע- 
טראכט, -- זאָל בעסער צײַטװײַליק דאָס געשעפט בלײַבן אין אייגענע 
הענט, קעדיי דערנאָך, ווען דאָס רעדל װועט זיך איבערדרייען און ער וועט 
קאָנען אײַנקאסירן די כויוועס, װאָס קומען אים פון אנדערע, װועט ער 
דעמלט זײַן אימשטאנד צו דעקן אלץ דאָס, װאָס אנדערע קומט פון אים. 

אזוי האָט דעמלט טאקע געטאָן און געטײַנעט איציקל זילבורג, אומ- 
לויפנדיק פון איין באלכויוו צום אנדערן. 

-- ניין, -- האָבן אָבער די באלכויוועס דעמלט צוריק געטײַנעט, -- ווער 
קאָן איצט גלייבן מוישע מאשבער, נאָך דעם װי ער איז זיך באגאנגען װי 
קיינער? װײַל װאָלט ער בעעמעס טאקע געמיינט אזוי, וי ער זאָגט, װאָלט 
ער אפּריַער באדארפט זיך צונויפריידן מיט די פארינטערעסירטע און אָפנ- 
הארציק פאר זיי אויסדערציילן, װוּ ער האלט, און דעמלט װאָלט מען אים 
געוויס ניט אזוי צוגעשפּארט און מעגלעך אויך דערלויבט א צײַט טאקע 
ניט צו צאָלן, קעדיי ער זאָל זיך ארופארבעטן און צוריק קומען צו זײַן 
מײַמעד, 


59 


-- ניין, -- האָט איצט קיינער פון די באלכויוועס מיט איציקלס פאָר- 
שלאָג אויסצוּווארטן נישט געװאָלט מאסקים זײַן, -- איצט איז שוין שפּעט, 
איצט װעט מוישע מאשבער אָדער צאָלן מעזומען, אָדער זיך מוזן שטעלן 
פארן געריכט, װאָס זײַן אורטייל איז קלאָר צו זען. 

מ'האָט שוין גאָרניט געפּױעלט, און אזויווי די לאגע איז געווען אזא, 
אז אײַנגײן אף א פּשאָרע מיט די באלכויוועס, ווען יענע װאָלטן אפילע 
װעלן מושווע װערן אף קליינע פּראַצענטן, איז מוישע מאשבער ניט 
געווען אימשטאנד, האָט ער זיך דערום געזען געצװוּנגען צו ווארטן אף 
דעם, װאָס ס'איז אים געווען אָנגעצײיכנט.. 


און אָט האָט זיך דער געריכט דערנעענטערט. מוישע מאשבער האָט, 
זינט ער האָט אָנגעזעצט, שוין זײַן שטוב ניט פארלאָזן און אין דרויסן ניט 
ארויס. ער איז געבליבן אין דער היים און האָט זיך אופגעפירט, װוי מיר 
האָבן פריַער געזאָגט: מאָדנע-שטיל זיך אלעמאָל אומגעדרייט בא די ווענט, 
וי גלײַך ער װאָלט געהאט א גאָר קרויווישע שײַכעס צו זיי. 

ער האָט זיך זעלטן-װוען אמאָל מיט עמעצן צערעדט, און וען אאָ, 
פלעגט ער זיך פארגעסן אינמיטן און זיך כאפּן, אז ער געדענקט ניט, 
װוּ ער האלט; ער פלעגט אויך פארגעסן עסן, ביז מע האָט אים ניט דער- 
מאַנט, און בייסן עסן פלעגט ער אָפט בלײַבן מיטן ביסן אין מויל --נישט 
צו קײַען, נישט אראָפּצושלינגען. 

אָפּט פלעגט ער אויך כאפּן עפּעס א ציטער, װי פון קעלט אָדער וי 
עמעצער װאָלט אים א צי געטאָן בא דער פּאָלע... אן אנדערש מאָל פלעגט 
ער אפגיך א קערעווע טאָן דעם קאָפּ אף רעכטס אָדער לינקס, וי מ'װוואָלט 
אים אונטער דער פּלײיצע געשטאנען און א רוף געגעבן באם נאָמען.. 

ער האָט מיט קיינעם קיין װאָרט ניט אויסגערעדט. זעלטן-זעלטן נאָר 
פלעגט מען הערן, װי ער רעדט צו זיך אליין, מעשונע קורץ און איבער- 
געכאפּט, װי מיט א זײַטיקן, װאָס גייט אים נאָך און יל ניט אָפּי 
שטיין. 

ס'איז אים שוין קיינער ניט אָנגעגאנגען. ביז אײנמאָל, שוין גאָר 
נאָענט פארן געריכט, ווען אלע אויסזיכטן אף וי-ניט-איז דורכקומען מיט 
די באלכויוועס האָבן זיך אױיסגעלאָזט;: אז די האָפענונג סײַ פון אים 
אליין, סײַ פון זײַנע שטוב-אייגענע, סײַ אויך פון זײַן פארטרויוּנגס-מאן 
איציקל זילבורג, וועלכער האָט געטאָן אין דעם איניען, װי אין זײַן איי- 
גענעם--אז עפשער װעלן די באלכויוועס זיך סאָפּקאָלסאָף באדענקען און 
אָפּרופן צוריק די אָנקלאָגע, װאָס מ'האָט אף אים אָנגעגעבן --אז אָט 
די האָפּענונג איז געװאָרן אויס און מוישע מאשׂבער האָט שוין דערפילט -- 
| אַטיאָט-- די שארף פון דער שװערד אף זײַן קאָפּ: און פון ערגעץ קיין 
אייצע, קיין הילף; און ווען אפילע גיטעלע, מוישע מאשבערס װײַב, האָט 
קיין טרייסט-װאָרט ניט געהאט ניט פאר איר מאן, ניט פאר קיינעם, וי 
ס'פאָדערט זיך פון א װײַב, פון א מוטער, װײַל זי האָט אליין ניט גע- 
װוּסט, פונוואנען זי צו נעמען, די טרייסט, -- אָט דעמלט האָט מוישע מאש- 
בער אײנמאָל געלאָזט רופן זײַן ברודער לוזין און אים געבעטן איבער- 


80 


געבן, אז אזויווי ער איז ניט בעקאוו-האבריע: און ער האָט א נייטיקן 
איניען צו אים, איז זאָל לוזי זיך מאטריעך זײַן און אים, מוישען, אין 
זײַן הויז באזוכן. 

לוזי איז געקומען, און װי נאָר ער איז ארײַן אין שטוב, אזוי האָט 
אים מוישע מאשבער אָפּגערופן אין זאל פאר געסט, װוּ קיינער האָט זיך 
ניט געפונען, און ווען ער האָט אים באזעצט אף א שטול און ער אליין 
האָט פארנומען אן אָרט אנטקעגן אים, האָט ער אים אזוי א זאָג געטאָן 

-- ער ווייסט, אף װאָס ער האָט אים גערופן? ניין? ער וויל זיך מיט 
איִם געזעגענען... ער ווייסט מינאסטאם, װאָס אים, מוישען, שטייט פאָר 
גאַָר אינגיכן --א געריכט און אזא סאָרט אורטייל, געוויס, װאָס ווער 
ס'וועט װעלן, װעט זיך קאָנען פרייען, און זײַנע אייגענע װעלן האָבן אף 
װאָס צו וויינען. 

װאָס געהער אים, מוישען, אליין, האָט ער שוין בא זיך געפּױעלט און 
נעמט דאָס אָן פאר פארדינט.. זייער טאטע, אָלעװהאשאָלעם, וי לוזי 
האָט אים אמאָל דערמאָנט, האָט זיי אָנגעזאָגט און געװאָרנט פאר יאָגן זיך 
נאָך רײַכקײַט. איז אָט, האָט ער, מוישע, זיך דעריאָגט.. כאָטש בעעמעס 
געזאָגט, איז ער ניט געווען פון די, װאָס רײַסן אײַן די װעלט, ניט אזא 
אַץילעהאָאשיר?, הייסט עס, וי אנדערע, נאָר אזוי איז שוין די טעווע: 
בא װאָס א מענטש טוט ניט, װיל ער זיך העכער ארופשלאָגן און מער 
דערווערבן. אזוי אין מײַסים-טױיווים, אזוי אויך אין מיסכער. און אזויווי 
דער מין האנדל ביכלאל איז א זומפּיקער, איז װאָס מער מ'איז אין אים 
אויסעק, אלץ מער זינקט מען, מיינענדיק, אז מ'שטײַגט.. און אוואדע 
קרענקט אים, און אוואדע טוט אים ויי, װאָס ער זעט זיך געצװונגען 
אומגיין מיט פארפלעקטע הענט און א פארשמירט פּאָנעם פון ניט גע- 
דעקטע כויוועס, און נאָך פון װאָס פארא כויוועס! 

ער האָט צוערשט געמיינט, אז ער האָט די װערט בא גאָט כאָטש אף 
אזויפיל, אז מ'זאָל אלקאַלפּאָנעם זײַן ביזאיען און ווייטעק אים פארעכענען 
פאר א קאפּאָרעס אָװוין?. אָבער ער זעט, אז ניין, װײַל מ'האלט, אפּאַנעם, 
אז ס'איז ווייניק. 

מוישע מאשבערס אייגענע װעלן זיך געװויס קלאָגן פאר לוזין און 
טײַנען, האלעמײַ האָט ער, מוישע, זיך אזוי אָפּגעלאָזט און זיך אויסגע- 
טאָן פון אלעם, טוט ניט, רעדט ניט מיט קיינעם, װי אנדערע אין זײַן 
מאצעוו, וועלכע זוכן אייצעס, וי זיך בעסער מאכן, קעדיי ארויסצוקריכן 
פון קלעם. יאָ, ער -- ניט, װײַל, לויט זײַן מיינונג, גייט שוין דאָ ניט נאָר 
אין אויסבעסערן א לאגע, װאָס לאָזט זיך סײַװי ניט: נישט בלויז זײַן גו- 
טער נאָמען גייט דאָ פארלוירן, נאָר ער אליין פילט זיך שוין, װי ניט 
קיין היגער: ער שטייט מיט א פוס בא א גרענעץ, װאָס נאָך איין שפּאן-- 
איז ער פון יענער זײַט... 

לוזי געדענקט מיסטאמע, װאָס אין סייפעריכסידים ווערט געזאָגט: 


: ניט געזונט: ? דער, װאָס יאָגט זיך נאָך רײַכקײַט; * זינדיפארגעבונג. 


81 


;בשעה שנגזר על אדם למות, באותו לילה ובאותו יום נחשך עליו מזלו 
ועיניו ופּיו סתומות!. ער, מוישע, זעט שוין נישט און הערט נישט קימאט 
די לעצטע צײַט גאָרנישט, װען ער איז וואך און געפינט זיך צװישן 
מענטשן; נאָר פארקערט, ווען קיינער איז ניטאָ, באנאכט, אין כאָלעם, 
דערוואכן אים די כושים, ער דערהערט עפּעס שטילע טריט זיך דערנעענ- 
טערן, אמאָל פון איין מענטשן, אמאָל פון מער. און אז ער קוקט זיך אײַן, 
דערזעט ער דעם טאטן, די מאמע און פיל אנדערע ניפטער געװאָרענע 
קרויווים, װאָס קומען אים פאר די אויגן און שטעלן זיך אויס אין א ריי... 
און זע, יעדער מאָל דאכט אים, אז אינמיטן דער ריי איז עפּעס איינס אן 
אָרט ליידיק, וי ס'װואָלט געווארט, ער זאָל דאָס פארנעמען און זיך אהין 
ארײַנשטעלן. 

יאָ, ער איז זיכער, אז דאָס אָרט איז זײַנס... ער זאָגט עס ניט קיינעם, 
װײַל צו װאָס, נאָר אים, לוזין, -- יאָ, און צוליב דעם האָט ער אים איצט 
| גערופן. 

ער ווייסט ניט, מוישע, ווען ס'וועצט אים טרעפן, צי בעשאס ער װעט 
זיצן טפוס?, צי שפּעטער; נאָר ווען ס'וועט ניט געשען, בעט ער, אז אף 
וויפל לוזי דענקט זיך פארזאמען דאָ, אין א, און אף וויפל ס'וועט אים 
נאָר מעגלעך זײַן, זאָל ער זען אכטונג געבן און ניט אָפּטאָן זײַן אויג 
און האשגאָכע פון זײַן הויזיגעזינד. ער וייסט, לוזי, װי ער איז פון 
אלעם געליבט און װאָס פאר א װוערט זײַנס א װאָרט האָט פאר יעדן, איז 
זאָל ער דאָס ניט פארמײַדן, ווען ער, מוישע, װעט שוין נישט זײַן און 
ווען זײַנע אייגענע װעלן זיך אין דעם נייטיקן. 

מוישע מאשבער האָט, זיצנדיק דעמלט שטול קעגן שטול מיט זײַן 
ברודער לוזין, דאָס אלץ אויבנגעזאָגטע ארויסגערעדט אזוי שטיל און רויַק, 
גלײַך די רייד װאָלטן געגאנגען ניט װעגן אים, נאָר ועגן אן אנדערן 
וועמען ער וויל באװאָרענען. כאָטש, זאָגן מיר, מוישע מאשבער האָט, זיצנ- 
דיק דעמלט אָפּגעזונדערט מיט זײַן ברודער, געשמועסט וועגן זאכן פון 
סאָף פּאָסעק, דאָך איז זײַן בליק געווען קלאָר, און קלאל נישט מעטושטעש 
און פארטראָגן, װי די לעצטע צײַט, ווען ער פלעגט זיך אומדרייען ארום 
די װענט און נישט אויסריידן קיין װאָרט מיט קיינעם. 

לוזי, פארשטענדלעך, האָט אים איבערגעשלאָגן. ער האָט אים גענומען 
מוסערן און אים אויסווארפן די שלעכטע געדאנקען, װאָס יענער האָט זיך 
ארײַנגענומען --,סטײַטש, האיַטאַכן, װי מעג מען דען פאָרויסלויפן. דעם 
אומגליק? ,דיה לצרה בשעתה..? און װער האָט עס רעכט צו פּרוּװן פאָ- 
רויסזען דאָס, װאָס ס'איז פון מענטשנס אויגן פארהוילן -- דעם סאָף קאָל 
האָאָדאָם. און װי טאָר מען גלייבן און זיך שרעקן פאר פּוסטע צייכנס 
און כאלוימעס, אז , מאותות השמים לא תחתו", איז געזאָגט, און ,חלומות 
שוא ידברו"2.. 


1 אין דער שאָ, ווען ס'קומט דער גזאר, אז דער מענטש זאָל שטארבן, אין 
דער זעלבער נאכט, אין זעלבן טאָג װוערט אים פינצטער דאָס מאזל, און די אויגן 
און דאָס מויל שליסן זיך אים; ? אין טפיסע; + אז פאר די צייכנס פון הימל שרעקט 
איר זיך ניט, און כאלוימעס רעדן פאלש. 


3ט 


74 589 


דאַ אָבער, ווען לוזי האָט גענומען אָפּענטפערן און צוריק טײַנען מיטן 
ברודער, האָט מען געקאָנט זען, װי מוישע מאשבערס בליק האָט זיך 
ווידער מיט עפּעס פארצויגן, גלײַך ער הערט ניט, װאָס מ'רעדט צו אים, 
גלײַך ער איז מיט עפּעס אנדערש באשעפטיקט און לוזיס מוסער גייט אים 
פארבײַ אויער. 

מיר ווייסן ניט, צי לוזי האָט דאָס באמערקט צי ניט, נאָר לעסאָף, 
אז דער געשפּרעך האָט זיך געענדיקט און לוזי האָט זיך פון בענקל אופ- 
געהויבן אף זיך געזעגענען, איז אז ביידע ברידער האָבן זיך דערנעענטערט 
צו דער טיר פון זאל, װאָס פירט אין צווייטן צימער, אזוי האָט פּלוצעם 
מוישע מאשבער, זײַענדיק נאָענט צום ברודער, זיך א נייג געטאָן מיטן 
קאָפּ צו לוזיס אקסל אָן װערטער; א סװאָרע, אז מוישע מאשבער האָט, 
האלטנדיק דעמלט דעם קאָפּ אין לוזיס אקסל אָנגעלענט, אויך א קורצן 
כליפּע געטאָן און א פרעג געטאָן בא לוזין: , לוזי, און װאָס װעט זײַן מיט 
אלטערן, ווען איך װעל ניט זײַן?:.?" א סװאָרע, אז אויך לוזי, גערירט פון 
ברודערס נײג, האָט ‏ מער צו יענעם טרייסט ניט געהאט, װי 
נאָר א שטילן מורמל צו געבן: אדאָנױ יעראכעם: און ווידער א סװאָרע, 
אז אויך אים איז עפּעס צוגעטראָטן צום האלדז פון יענעם מין, 
װאָס שטיקט און לאָזט זיך ניט ארױסזאָגן. ער האָט דעם קאָפּ אָפּי 
געדרייט. 

און אז ביידע ברידער זײַנען ארײַן אין עס-שטוב, װוּ ס'האָבן זיך 
געפונען מוישע מאשבערס אייגענע, וועלכע האָבן געװאָלט פארהאלטן לו- 
זין, קעדיי אויסהערן פון אים כאָטש א װאָסעריניט-איז װאָרט צו זיער 
טרייסט, װי פון אזא, װאָס מ'קאָן פון אים דאָס װאָרט באקומען 
האָט מוישע מאשבער געמאכט אזא מינע, וי גלײַך לוזי װאָלט 
איצט געװען פארנומען, און אז ער האָט זיך געלאָזט פארבעטן 
אהער בלויז צוליב אים, מוישען, און אז איצט, ווען ער האָט מיט אים 
פארענדיקט, װאָס געדארפט, מוז ער אוועק און ס'ניט קעדײַ אים מער צו 
פארהאלטן. 

לוזי האָט זיך טאקע ניט געזאמט. ער האָט זיך ניט געװאָלט 
ארײַנלאָזן אין א געשפּרעך װעגן אן איניען, װאָס, װי ער האָט 
געזען, װעט ער דעם ברודער ניט זײַן ניכע, װײַל ער האלט אים אכער 
ייִעש. ער האָט זיך אָפּגעזעגנט און איז אװעק, און מוישע מאשבער 
איז טאקע גערעכט געווען, װײַל ס'איז שוין טאקע בעעמעס געווען אכער 
ייַעש. 


+ 8 צצ 


ס'האָט זיך אָנגעהויבן דער געריכט, און שוין פון ערשטן טאָג איז 
געווען צו זען, װוּהין דער ריכטער צילט און איז גענייגט--אז צו דער 
זײַט פון די קעגנער פון מוישע מאשבער און בעשום-אויפן ניט צו זײַנער. 
אליין דער איניען האָט גערעדט פאר זיך, און יעדער מאָל, ווען מוישע 
מאשבערס אדװאָקאט האָט גענומען א װאָרט צוֹ זײַן פארטיידיקונג, האָט 
מען געזען, װי אי ער אליין איז ניט איבעריק זיכער אינעם גערעכט פון 


283 


זײַן באשיצטן, און אי דעריקער דער געריכט און דער גאנצער אוילעם, 
װאָס האָט זיך אָנגעקליבן און אין בײַגעװען באם מישפּעט, נעמען אוף 
זײַנע פארטיידיקונגען מיט אומצוטרוי און זײַנען זיי װי פון פאָרויס 
מעוואטל. 

דער מישפּעט האָט זיך געצויגן עטלעכע טעג, און יעדער מאָל, וען 
מוישע מאשבער האָט אינדערפרי באדארפט דורכגיין צווישן אוילעם, װאָס 
האָט זיך אָנגעזאמלט אין הויף און אין גאס פון דער געריכט געבײַדע, 
האָט ער זיך געמוזט באגעגענען מיט בליקן פון פארשיידענע מענטשן 
וועלכע האָבן זיך צו אֹים באצויגן פארשיידן. ער האָט דערום געהאלטן 
דעם קאָפּ אראָפּגעלאָזט. 

און אז ס'איז געקומען די צײַט, ווען ער האָט באדארפט ארויסטרעטן 
צו זײַן אייגענער פארענטפערונג, האָט ער קוים די ליפּן באוועגט, שטאמ- 
לענדיק און אָן שום האָפענונג, אז סוועט זיך לאָזן אריבערציַען די מיי- 
נונג פון געריכט אף זײַן זײַט צום גוטן, צום בעסערן. ער האָט ניט נאָר 
אליין זיך מעיאעש געווען, נאָר אויך פון זײַן פארטרויונגס-מאן איציקל 
זילבורג, װי אויך פון זײַן ספּעציַעלן אדװאָקאט, װאָס ער האָט געדונגען, 
אים צו פארטיידיקן באם מישפּעט, האָט ער נישט באקומען אין מעשעך 
פון געריכט קיין איין מאָל פארזיכערט, אז דער אורטייל װעט זײַן אן 
אנדערער, װי ער אליין האָט זיך פאָרגעשטעלט. 

צום סאָף איז נאָך דער קעגנערישער אדװאָקאט ארױיסגעטראָטן מיט א 
שלוס-װואַרט, אין וועלכן ער האָט צװישן אנדערן א זאָג געטאָן,. שרעקנדיק 
דעם געריכט מיט מוישע מאשבערס שלעכטן בײַשפּיל, אז אויב, -- האָט 
ער געזאָגט, -- מ'וועט אים פרײַשפּרעכן אָדער אפילע פארגרינגערן די 
שטראָף, אזוי װעלן אנדערע אים װעלן נאַכטאָן, און דאָס װעט ברענגען 
דערצו, אז ס'וועלן אונטערגעריסן װערן די יעסוידעס פון האנדל, װאָס 
דאָס איז דאָס זעלבע, װי די יעסוידעס פון אייגנטום-רעכט, אף וועלכע די 
מעלוכע האלט זיך... 

ס'איז קלאָר געווען, אז מוישע מאשבער איז רעכט פארקוועטשט און 
אז פון באפרײַען אים קאַן קיין רייד ניט זײַן. 

מ'האָט אים טאקע פארורטיילט. מוישע מאשבער האָט עס פון לעכאט- 
כילע אָן געװוּסט, ער האָט זיך געגרייט דערצו. און אין לעצטן טאָג, ווען 
דער געריכט האָט באדארפט ארױיסטראָגן דעם אורטייל, איז איידער ער 
האָט זיך באדארפט לאָזן אין געריכט, װאָס פון דאָרט, איז ער געװען 
זיכער, װעט ער זיך שוין אהיים ניט אומקערן און וועט אָפּגעשיקט װערן 
אהין, װווּ ס'איז אים אָנגעצײיכנט --אין טפיסע, האָט ער בא זיך אין דער 
היים געפּראװעט א געזעגעניש, װאָס אזא דארף מען שוין ווינטשן נאָר 
סאָנים... 

ער האָט פארן אוועקגיין זיך געהייסן דערלאנגען דעם טאלעס-זאק 
און האָט גענומען אהין ארײַנלייגן מער, װי ס'לאָזט זיך: א סידער, א 
כומעש, א , חוק לישראל" און אויך א , מעבור יבוק?, װאָס ער האָט פון 


: רעליגיעזע ספאָרים. 


27--9 584 


ערגעץ א ספאָריםישאפע שטילערהייט ארױסגעקראָגן, און אים, א סװאָרע, 
שוין פון פּריַער געהאלטן אָנגעגרײט. דער לעצטער סייפער האָט שוין 
נישט געקאָנט ארײַן, און מוישע מאשבער האָט מיט ציטערדיקע הענט אים 
דאָך געװאָלט ארײַנרוקן, און ס'האָט זיך אים ניט אײַנגעגעבן, װײַל די 
הענט האָבן איִם ניט געפאָלגט און ער איז שוין ניט געווען קיין באלעבאָס 
אף זיי. ער האָט אים געמוזט אָפּלײגן, און ,נא,--האָט ער שטיל, צו 
אלעמענס פארװוּנדערונג צו זיך אליין א זאָג געטאָן, -- עפשער איז נאָך 
טאקע ניט די צײַט, װי לוזי זאָגט..." דערבײַ, ווען ער האָט זיך געפּאָרעט 
באם טאלעס-זאק, זײַנען אלע אייגענע געשטאנען ארום אים, און קיינער 
האָט ניט פאָרגעלייגט אים די הענט איבערנעמע. מהאָט--אומפאר- 
שטענדלעך פארװאָס -- אים געלאָזט, ער זאָל זיך דערמיט אליין פארנעמען 
און אים ניט געהאָלפן, אויך ניט געשטערט, װײַל די מינוטן פון די הא- 
כאָנעס זײַנען געווען אזוינע, װי ווען מ'שטייט, בעשאס איינער גראָבט 
פאר זיך אליין א גרוב. 


דערבײַ איז די עלטערע דינסט, וועלכע איז איצט געװען די איינ- 
ציקע דינסט אין שטוב און װאָס ניט פרעגנדיק בא קיינעם, האָט אויך 
איצט איר ארבעט אין קיך פארלאָזט און איז ארײַן אין שטוב צום געזע- 
גענען, -- געשטאנען און געוויינט און מיט אן עק פון קאָפּטיכל האָט די 
טרערן פון די אויגן און די נאָז געווישט. 

בא גיטעלען איז קיין טרערן ניט געווען צו זען, אויך בא יודעסן, בא 
מוישע מאשבערס עלטערער טאָכטער, -- ניט, מאכמעס יודעס האָט געקוקט 
אף דער מוטער, אף גיטעלען, װאָס האָט די גאנצע צײַט, בעשאס מוישע 
מאשבער האָט זיך געפּאקט, אָט-אָט געקאַנט אויסברעכן אָדער מיט אן 
אויסגעשריי, אָדער אנידערפאלן צום קראכן: אָבער ס'איז מיט איר קיין 
איינס פון די ביידע ניט געשען. זי האָט זיך געהאלטן פעסט און נישט 
געװאָלט מעצאער זײַן איר מאן, מוישען, װאָס האָט אזוי אויך גענוג און 
מ'האָט איִם ניט געטאָרט די מאָס דערפילן. 

ביידע, סײַ גיטעלע סײַ יודעס, האָבן, וי געזאָגט, נישט געװויינט. 
אויך די איידעמס מוישע מאשבערס האָבן שװײַגנדיק צוגעקוקט, װאָס ער 
טוט, און האָבן פון פארלוירנקײַט קיין װאָרט ניט געזאָגט. 

ס'זײַנען בײַגעװען באם געזעגעניש אויך אלע אָנגעשטעלטע פון קאָנ- 
טאָר, אויך פונעם אייל- און נאפט-געשעפט, װאָס מוישע מאשבער האָט 
ספּעציַעל געלאָזט רופן, -- װײַזט אויס, צוליב מער אָפּקומעניש, 
קעדיי יענע זאָלן צוקוקן, ויאזוי זייער באלעבאָס, זייער ברויט-געבער, 
װעט איצט אויסזען, אידער ער װעט די שטוב פארלאָזן.. װי אלע, 
זײַנען אויך זיי געשטאנען און האָבן שװײַגנדיק צוגעקוקט, װאָס 
פאר זיי איז פאָרגעקומען, פארגליווערטע, װי מ'שטײט בא יעציאס- 
נעשאָמע. 


און אז מוישע מאשבער איז לעסאָף פארטיק געװאָרן מיטן טאלעס-זאק, 
האָט ער זיך גענומען געזעגענען. ער איז צוערשט צוגעגאנגען צו יעדער 
ליינעם פון די אָנגעשטעלטע און מעשאָרסים, און מער װי ער האָט זי 


589 


געהאט מיט װוערטער װאָס צו זאָגן, האָט ער געזאָגט מיטן בליק, און בא 
זי װוי מעכילע געבעטן, טאָמער האָט ער וועמען וװען באלײידיקט אָדער 
עפּעס שלעכטס געטאָן.. 

ער איז דערנאָך צוגעקומען צו די אייניקלעך, וועלכע האָבן ניט גע- 
װוּסט דעם באטײַט פון דער געזעגעניש און צו װאָס דער זיידע פּאקט 
זיך; געװוּסט האָבן זיי נאָר, אז ס'איז עפּעס קיינעם אפן הארצן ניט אופ- 
א און אז מ'דארף זיך האלטן װאָס שטילער און װאָס װייניקער 
טומלען. 


ער איז דערנאָך צוגעקומען צו יודעסן זײַן טאָכטער און איר געזאָגט 
א שטיל װאָרט, א מין בראָכע; דערנאָך צו גיטעלען מיט עפּעס אן אומ- 
פארשטענדלעכן מורמל; און דאן, צולעצט, צו מייערלען, צום עלטסטן פון 
זײַנע אייניקלעך, װאָס יענער האָט יאָ פארשטאנען, װאָס ס'געשעט, און 
דערפאר האָט ער דעם קאָפּ אָפּגעדרײט און פון זיידנס האנט די זײַניקע 
ארויסגעצויגן, 

ס'איז דעמלט, גאָר צולעצט, צוגעגאנגען אויך אלטער, װאָס האָט זיך 
אומבאמערקט פון זײַן אויבערשטיבל אראָפּגעלאָזט און װאָס דאָ האָט שוין 
נישט מוישע מאשבער אליין, אויך אלטער נישט אויסגעהאלטן, און ביידע 
האָבן עפּעס א קרענקלעך-איבערגעכאפּטן וויין געטאָן.. 

מוישע מאשבער האָט געזען פארענדיקן דאָס אלץ װאָס גיכער, און צום 
לעצטן מאָל האָט ער נאָך גענומען זיך אומקוקן אף די װענט און אף אלע 
בײַזײַענדיקע, װאָס האָבן אים ארומגעשטעלט, און דערנאָך האָט ער 
מיטאמאָל אָפּגעריסן די אויגן פון צו קוקן און איז צו צו דער שװעל, דורך 
וועלכער ער האָט באדארפט אריבערטרעטן, און איידער נאָך ער האָט דאָס 
געטאָן, האָט ער אופגעהויבן די אויגן צו דער מעזוזע, װאָס אפן בײַשטידל, 
האָט צו איר א האנט דערלאנגט און באלד, זי צוריקנעמענדיק, זי א קוש 
געטאָן, די האנט... 

װוער פון די אייגענע און אָנגעשטעלטע ס'האָט אים דערנאָך צום גע- 
ריכט געזאָלט באלייטן, איז מיט אים מיטגעגאנגען און באלייט, און ווער 
ניט, דער איז אין שטוב געבליבן, װי גיטעלע, װאָס אלע האָבן זי אָפּנע- 
רעדט און זי אליין האָט זיך אויך ניט איבעריק געריסן צו װעלן 
מיטגיין.. 

און אין זעלבן באטאָג, ווען דער אורטייל איז ארױיסגעטראָגן געװאָרן 
און איז ארײַן אין קראפט, איז שוין מוישע מאשבער איבערגעענטפערט 
געװאָרן צו דער מאכט, צו וועלכער ער האָט פון איצט אָן געטאָן געהערן. 
מ'האָט אים גענומען אונטער א וואך, וועלכע האָט אים גלײַך גענומען 
אָפּפירן אהין, װוּהין מע פירט אלעמאָל פארורטיילטע --אין טפיסע און 
אונטער שלאָס און ריגל, אף וויפל צײַט מ'באשטימט זיי. 

פאר דער געריכטס-געבײַדע האָט זיך יענעם טאָג פארזאמלט א גאָר 
גרויסער אוילעם, װאָס האָט, שטייענדיק אין רעדלעך, געדולדיק געווארט, 
ביז דער מישפּעט װעט זיך ענדיקן און ביז מ'וועט ארויספירן מוישע 
מאשבער מיט בלויזע שװערדן... 


5286 


מ'האָט זיך אויסדערווארט. ער פון די גאָר אייגענע ס'האָט געכאי 
לעשט, דאָס דערזעענדיק, האָט געכאלעשט, און װער נישט אזוי אייגן, 
האָט געװויינט, און אפילע די קעגנער פון מוישע מאשבער, די, װאָס האָבן 
פיל בײַגעטראָגן אים ארונטערצוברענגען אונטער די שװערדן, האָבן זיך 
איצט מיטן ניצאָכן ניט געקאָנט פרייען און זײַנען מיט אָפּגעדרײטע קעפּ 
פון צװוישן אוילעם ארויס און געזען אין א זײַט אָפּגײן, מזאָל זײי ניט 
באמערקן. 

א גרויסער טייל אוילעם איז א שטיק צײַט נאָכגעגאנגען נאָך דער וואך 
פון מוישע מאשבער; דערבײַ האָבן זיך אייניקע געהאלטן פון הינטן, וי 
בא א לעװײַע, און אנדערע, מער נײַגעריקער און מער לײדיקגייע- 
רישער אוילעם, האָט געװאָלט זען מוישע מאשבער אין פּאָנעם און איז 
געלאָפן פאר איִם. לעסאָף איז מען אָפּגעשטאנען, און געבליבן איז אליין 
נאָר דער געפירטער מיט די פירער: ער אינמיטן, און איינער פון דער 
וואך, מיט א הוילער שװערד, פון פאָרנט, און א צוייטער -- הינטער 
אים. 

מוישע מאשבער האָט, שפּאנענדיק מיטן טאלעס- און טפילן-זאק אונ- 
טערן אָרעם, אין מעשעך פון גאנצן וועג די אויגן ניט אופגעהויבן, ניט 
ווען ער איז געפירט געװאָרן אין שטאָט און נישט אויך דערנאָך, ווען 
מ'איז מיט אים ארויס אויסער איר און זיך געלאָזט צו דער טפיסע, װאָס 
האָט זיך געפונען װײַט, אין פעלד. און ערשט שפּעטער, וען מע איז 
צוגעקומען צום טויער פון דער טפיסע און ווען מ'האָט פאר אים געעפנט 
די פאָרטקע פון טורמע-הויף, און ער האָט זיך א כאפּ געטאָן און זיך 
באדענקט, װוּהין ער גייט, האָט ער די אויגן אופגעהויבן און א קוק געטאָן 
אפן בײַשטידל פון דער פאָרטקע, װוי ער װאָלט אויך דאָ געזוכט און גע- 
װאָלט זען א מעזוזע... אָבער דעמלט האָט אף אים איינער פון דער וואך 
אן אונטערטרײַבנדיקן הוקע געטאָן, האָט ער זיך א כאפּ געטאָן און האָט 
די שוועל אריבערגעטראָטן. 


8 + :: 


און דאָ לאָזן מיר אים איבער א װײַלע, קעדיי. צו דערציילן,. װאָס 
ס'איז פאָרגעקומען בא אים אין שטוב, נאָך דעם וי זײַנע אייגענע, װאָס 
האָבן אים אינדערפרי אין געריכט באלייט, זײַנען איצט אהיים געקומען 
שוין אָן אים. 

װוי נאָר גיטעלע, מוישע מאשבערס װײַב, האָט דערזען די צוריקגע- 
קומענע פון געריכט -- פריִער די איידעמס מיט די אויסגעבלאסטע פּענע- 
מער, וי נאָך א טאָנעס, דערנאָך איר טאָכטער יודעס מיטן פארויינטן 
פּאָנעם, און זי האָט פארשטאנען, אז ס'איז געשען דאָס, אף װאָס אלע האָבן 
זיך געריכט, -- אזוי האָט זי מיטאמאָל א שפּאן געטאָן צו איר טאָכטער 
יודעס, װוי מיטן מיין צו אויסהערן פון איר דאָס לעצטע װאָרט, װאָס זי 
האָט זיך עס אליין ניט געװאָלט זאָגן; אָבער באלד האָט זי כאראָטע גע- 
קראָגן, און נישט צוגיײיענדיק אהין, װוּהין זי האָט געצילט -- צו דער טאָכ- 


87 


טער, האָט זי פון אָרט, װוּ זי האָט זיך געפונען, עפּעס מיטאמאָל א שטילן 
זאָג געטאָן: ,יודעס, האלט מיך צו... כ'פאל...? 

אז יודעס איז צו איר צוגעלאָפן א דערשראָקענע, האָט גיטעלע אין 
אירע אָרעמס זיך א נייג געטאָן מיטן גאנצן קערפּער, און באלד גלײַך איז 
זי שוין אזוי שווער געװאָרן, אז יודעס איז געווען געצװוּנגען צו פרעמ- 
דער הילף אָנקומען, װײַל אליין זי אונטערהאלטן האָבן איר שוין קיין 
קויכעס נישט געקלעקט. 

ס'זײַנען באלד אונטערגעלאָפן אויך די איידעמס, אויך אנדערע, ווער 
ס'איז מיט זֵיי צוריק פון געריכט געקומען, און מיט אלעמענס הילף האָט 
מען גיטעלען, װי אן אונטערגעזעגטע, אין איר אלקער ארײַנגעבראכט און 
אין בעט אוועקגעלייגט. 

יאָ, פון לאנגע ליידן, אפּאָנעם, װאָס זי האָט א צײַט געטראָגן אין זיך 
און זיי ניט ארויסגעגעבן, ניט אויסגעוויינט און ניט אויסגעשריגן, האָט 
זי איצט געכאפּט יענעם געוויסן שלאק, װאָס מאכט מענטשן צום האלב-גוי- 
לעם, מיט קיין אייווער צו רירן, מיט קיין װיִע ניט צו פּינטלען, און ער- 
גער -- ווען ס'נעמט אים אָפּ דאָס לאָשן. 

די דאָקטוירים, װאָס מ'איז באלד געלאָפן נאָך זיי און זיי געבראכט, 
װי נאָר מ'האָט זי אין בעט ארײַנגעלײגט, זײַנען, נאָך אייניקע מינוטן 
קוקן און זי באטראכטן, געקומען צו איין מיינונג -- צו דער, װאָס מיר 
האָבן אָקאָרשט נאָרװאָס ארויסגעזאָגט, און פון זייערע װײַטערדיקע ווער- 
טער האָט מען פארשטאנען, אז ס'איז ניט גוט, אז ס'איז קימאט קיין האָ- 
פענונג ניטאָ, אויסער דער, װאָס אזוי װועט זי שוין בלײַבן ביז ס'איז איר 
באשערט -- צי טעג, צי װאָכן, כאדאָשים אָדער יאָרן -- וייסט מען 
ניט. 

זי איז געלעגן שטיל, ניט געקרעכצט און ביכלאל קיין קאָל ניט ארויס- 
געגעבן און בלויז געקוקט אין איין פּינטל גוילעמישישטאר און װי א וועק- 
סענער מענטש -- צום אנטקעגן זיך. 

ס'נאָך גוט, זאָגן מיר דאָ, װאָס זי האָט זויכע געווען צו איר אייגן בעט, 
צו איר אייגענער שטוב, און צו אן אייגענעם דאך אפן קאָפּ, װאָס מ'האָט 
זיי אויך זייער לײַכט איצט געקאָנט צונעמען און צופּאסקענען לעטויווע 
מוישע מאשבערס באלכויוועס. דאָס איז אָבער נישט געשען, װײַל די 
שטוב, װאָס איז געווען איבערגעשריבן אף סרולי גאָלס נאָמען, האָט דער 
געריכט געפונען פאר א געזעצלעכער קניַע און אז סרולי גאָל, דער 
קוינע, האָט די רעכט צו בלײַבן בא דעם, װאָס ער האָט אָרנטלעך דער- 
װאָרבן. 

ס'א מאראָכע נאָך, זאָגן מיר, װאָס די שטוב כאָטש איזן פארבליבן אין 
רעשוס פון מוישע מאשבערס מישפּאָכע און װאָס גיטעלע, די פריַערדיקע 
באלעבאָסטע פון שטוב, האָט געקאָנט אויסגעהאלטן װוערן אויך איצט, װי א 
באלעבאָסטע;: װײַל דאָס איינציקע, װאָס יודעס, גיטעלעס עלטערע טאָכ- 
טער, האָט איצט געקאָנט טאָן צו פארגרינגערן די לאגע פון איר אומגליק- 
לעכער, קראנק-ליגנדיקער מוטער, איז געווען דאָס, װאָס זי האָט זיך מיט 
איר געהאלטן, װוי מיט דער אָנפירערן פון שטוב, נישט געקוקט דערוף, װאָס 


88 


יענע, גיטעלע, האָט שוין לאכלוטן דערצו ניט געטויגט. זי האָט שטילער- 
הייט גענוג געװיינט, יודעס, יעדער מאָל, ווען זי האָט באדארפט קומען 
פאר דער קראנקער גיטעלע און זיך ווענדן צו איר, קלוימערשט, נאָך אן 
אייצע און איר ארײַנזאָגן אין שװײַגנדיקן פּאָנעם װעגן דעם, װאָס זי 
רעכנט יאָ אָדער ניט צו טאָן אין שטוב-ווירטשאפט. און נאָכאמאָל: נישט 
געקוקט דערוף, װאָס ארויסקריגן פון גיטעלען א מינדסטע מינע אף יאָ 
אָדער ניין, אף האסקאָמע אָדער ניט, איז שוין נישט געווען שײַעך, דאָך האָט 
יודעס דאָס געהאלטן פאר איר כויוו, און דאָס האָט איר געשאפן די פאָר- 
שטעלונג, אז די מוטער איז נאָך מוטער, און אז די שטוב פירט זיך, װי זי 
האָט זיך פריִער געפירט. 

אוואדע איז אויך דאָס געווען א זכוס... אוואדע אויך א זכוס, װאָס לוזי, 
מוישע מאשבערס ברודער, האָט אויסגעפילט מוישע מאשבערס באקאָשע, 
מיט וועלכער ער האָט זיך צו אים געווענדט פארן געריכט, בייס ער האָט 
זיך מיט אים אָפּגעזעגנט און פאר אים זיך אויסגערעדט אין זאל, וי מיר 
געדענקען; און איצט, נאָך דעם, װי מוישע מאשבער איז אװעק און נאָך 
דעם, װאָס באלד האָט זיך געטראָפן דער אומגליק מיט גיטעלען, האָט ער, 
לוזי, זײַן ברודערס באקאַשע פארגעדענקט און פלעגט אָפט זיך װײַזן צו 
זײַנע בניי-באיס מיט א טרייסט. 

גוט אויך דאָס. אָבער אויסער אָט די אלע , גוטסקײַטן? איז מוישע מאש- 
בערס אייגענע שוין פיל דעמלט אָפּגעגאנגען צו גוט... 

נו, יאָ: מוישע מאשבער -- אין טפיסע, גיטעלע -- האלב טוט אין בעט, 
די געשעפטן -- אָפּגעשלאָסן... באלכויוועס האָבן שפּעטער א ביסל זיך 
אפילע געפּרוּװוט זיי צוריק אופשטעלן בעשוטפעס און זי איבערגעגעבן אין 
די הענט פון מער דערפארענע און מער פארינטערעסירטע, אז יענע זאָלן 
מיט זיי אָנפירן. ס'האָט זיך אָבער גאָרנישט ניט באקומען. פארװאָס? -- 
װײַל ווען מוישע מאשבערס געשעפטן זײַנען געבליבן אָן די פריַערדיקע 
באלעבאטים, אָן אים מיט זײַנע איידעמס, האָבן זייערע שטענדיקע קוינים 
און קונדן, וועלכע האָבן זיך פיל אָנגעליִען און זײַנען געבליבן שטיין מיט 
א סאך נישט אױסגעצאָלטע כויוועס, -- איצט גענומען אויסנוצן מוישע 
מאשבערס אָנזעץ פאר א שאנס אף אליין אויך אָנזעצן און ניט וועלן צאָלן... 
שלעכטע קונדן האָבן פּאָשעט געזאָגט: ,ער -- ניט, מיר -- ניט". און טוט 
זיי עפּעס... אנדערע, מער לײַטישערע, זײַנען אָפּנעקומען מיט מער לײַטי- 
שערע טערוצים, אָבער צאָלן האָבן זי אויך ניט געצאָלט. אזוי, אז אויב מע 
װאָלט זיך געווען װועלן נעמען אײַנקאסירן די אלע כויוועס, וועלכע מוישע 
מאשבער האָט געהאט אָפּצומאָנען בא זײַנע קוינים און קונדן, װאָלט זיך 
געפאָדערט פיל צײַט, פיל דולעניש, און נאָך לאנגן הין-און-הער און צו 
טאָן האָבן מיט די פארשולדיקטע, װאָלט מען סײַװי געבליבן בא גאָר- 
נישט. 

אזוי װידער, אז מיט דעם, װאָס מ'האָט געמאכט מוישע מאשבער פאר 
אויס, האָט מען װייניק װאָס געפּױעלט און גאָר װינציק געװוּנען. געפּױעלט 
האָט מען נאָר, װאָס אייניקע באלכויוועס מיט די זעלבע געשעפטן, װאָס 
ער, האָבן גענומען אריבערציען זײַנע קוינים צו זיך, מיט דער האָפענונג, 


89 


אז דורכן פארדינען פון אָט די קוינים װעלן זיי מיט דער צײַט אָפּגעװינען 
דאָס, װאָס זיי האָבן אָנגעװוירן בא מוישע מאשבער:; געפּויעלט האָט מען 
אויך;. װאָס די קלענערע באלכויוועס זײַנען געבליבן שטעקן מיט זייערע 
אָרעמע געלטן שוין אָן שום האָפענונג אף ווען-ניט-איז צוריק ארויס מיט 
זיי... און צולעצט געפּױעלט, אז יענע באל-האלװאָעס, װאָס קיין געשעפטן 
האָבן זי ניט און װאָס אָפּצוגעװינען אף אזא אָדער אנדער אויפן בא די 
קונדן פון מוישע מאשבער, וי אנדערע, װאָס האָבן יאָ געשעפטן, איז פאר 
זיי אומעגלעך געווען, זײַנען געבליבן באם זעלבן, װאָס די אָרֶעמע -- 
בלויז מיט די וועקסלען אף די הענט, און עפשער אויך נאָך מיט דער 
טרייסט, װאָס אדאנק זיי איז מוישע מאשבער אין טפיסע פארזעצט גע- 
װאָרן:.-און נא, און דאָס לאָמיר זיי פארגינען. 


און איצט ווידער צו מוישע מאשבער. 

: אז ער האָט אריבערגעשפּאנט די פאָרטקע פון טורמע-הויף און איז 
געבראכט געװאָרן אין! קאנצעליאריע, װוּ מ'האָט אים איבערגעגעבן אין 
די הענט פונעם טורמע-עלטסטן, וועלכער האָט אים באדארפט ארײַנשרײַבן 
אין ‏ בוך פון די ארעסטירטע, וועלכע געפינען זיך אונטער זײַן אופ- 
זיכט, -- האָט מען דאָס אים געטאָן... מ'האָט אים באלד אויך אוױיסגעטאָן די 
ציווילע קליידער און אים איבערגעטאָן אין ארעסטאנטישע, און לעסאָף, 
שוין אן איבערגעטאָנענעם, האָט מען אים געבראכט אין איינער א טורמע- 
געבײַדע פאר קרימינעלע פארברעכער, און צוקומענדיק צו איינער א קא- 
מער-טיר, האָט מען זי פאר אים אופגעשלאָסן, אים ארײַנגעלאָזט און צו- 
ריק פארשלאָסן. 

ער איז ארײַן, װי אלע ארעסטאנטן, װאָס קומען אָן אהין -- מיט גאָר- 
נישט, אויסער נאָר מיט זײַן טאלעס- און טפילן-זאק, װאָס דער געזעץ האָט 
אים דערלויבט מיטצוהאָבן, װי זאכן פון קולט. ער איז שטיין געבליבן 
מיטן טאלעס- און טפילןיזאק אף דער שװועל מיט אזא אויסזען, װי ער 
װאָלט געקומען אף דער שוועל פון אן אומבאקאנטער שול, און פון גרויס 
פארטראָגנקײַט האָט ער אויך דאָ א ווענד געטאָן די אויגן צום בײַשטידל, 
וװווּ ער װאָלט געזוכט א מעזוזע אף א קוש טאָן. 

אָנשטאָט אָבער א מעזוזע האָט ער פּלוצעם דערזען פאר זיך איינעם א 
פּארשוין, פון א גרויס רעדל ארעסטאנטן אים אנטקעגנקומען, װאָס אז 
מ'האָט אף יענעם נאָר א קוק געטאָן, אזוי האָט מען געקאַנט ניט נאָר אין 
מעזוזעס פארגעסן, נאָר אפילע ויַאזוי מ'הייסט... 

- דאָס איז געווען א קורצוווקסיקער, פירעקעכיק-געבויטער קאטאַרזשאן, 

מיט א האלב-געגאָלטן קאָפּ און שטארק געלן פּאָנעם, װי בא אלע ארע- 
סטאנטן פון לאנגן זיצן אָן לופט און אין ענגעניש: אויך מיט א געפאלדע- 
וועטער, אונטערגעשוירענער באָרד און מיט א העסלעך-געגאָלטער אי- 
בערשטער ליפּ, געגאָלט אזש ביז בלוי, 

ס'איז געווען אף לאנג א פארמישפּעטער, װאָס גײיענדיק מיטן עטאפּ 


990 


מיט א קאָמפּאניע אנדערע ארעסטאנטן אהין, װוּהין מ'האָט זיי באשטימט, 
האָט מען זי דאָ, אין א-ער טורמע, פארהאלטן אף א צײַט, ביז מ'וועט 
זיך אין זי דערמאָנען און זי װײַטער שיקן. ; 

ער איז אונטערגעקומען צו מוישע מאשבער מיט זײַן קורצן װוקס, 
מיט זײַן גרוי-געוואנטן ארעסטאנטן-היטעלע, אָנעם דאשעק, מיטן קורצן 
רעקל, קאזיאָנע געשטעמפּלט אף די פּלייצעס, און מיט הויזן פון זעלבן 
שטאָף, װי דאָס רעקל, און צוגייענדיק נאָענט, גאָר נאָענט צו מוישע מאש- 
בער, האָט ער, אָן א װאָרט צו זאָגן, בא אים דעם טאלעס-זאק פון אונ" 
טערן אָרעם אפירגענומען. 

-- װאָס איז דאָס? -- האָט ער א פרעג געטאָן. 

-- געבעט-זאכן, -- האָבן זיך בא מוישע מאשבער געפונען א פּאָר ניט- 
ייִדישע ווערטער אף אָפּצוענטפערן דעם קאטאָרזשאן, ער זאָל וויסן, װאָס 
ער האלט אין די הענט און װוי ער דארף זיך מיט דעם באגיין. 

-- און דאָס -- װאָס? -- האָט דער קאטאָרזשאן גענומען ציִען פון טא- 
לעס דזאק די ספאָרים, װאָס מוישע מאשבער האָט פארן אוועקגיין פון דער 
היים אהין ארײַנגעלייגט. 

-- אויך דאָס, -- האָט מוישע מאשבער געענטפערט. 

-- און דו אליין, ווער? 

-- א סויכער, -- האָט ער געשטאמלט. 

-- און געלט האָסטו? 

-- ניין, און דערפאר האָט ער אהער אָנגעטראָפן, װײַל ער האָט ניט, -- 
האָט מוישע מאשבער, דערזען דעם ארעסטאנטן-אוילעם, װאָס האָט אים 
ארומגעשטעלט, אים באטראכט און אין מויל געקוקט, געפונען ווערטער 
אויך אפילע פאר א האלב-לײַכטן שפּאס טאָן, מישטיינסגעזאָגט... 

דעמלט האָט דער, װאָס איז צו אים צום ערשטן צוגעטראָטן און װאָס 
האָט זיך דערנאָך ארויסגעוויזן צו זײַן דער סטאראָסטע פון קאמער, צוגע- 
נומען דעם טאלעס, װאָס מוישע מאשבער האָט מיטגעבראכט. ער האָט 
לעפּיש, נישט געשיקט און װי נישט מיט ייַדישע הענט אים געפּרוּווט אָנטאָן 
און אין אים זיך אײַנמאָסטען. ער האָט אויך געפּרוּװוט עפּעס טאָן מיט די 
טפילן אומבאהאָלפן, און אין דער זעלבער צײַט אָבער פאָרזיכטיק און מיט 
עפּעס א מין דערעכערעץ, װי צו זאכן, וועלכע זײַנען אים, װײַזט אוֹיס, 
געװען אמאָל באקענט, און װאָס איצט איז ער פון זיי אָפּגע- 
פרעמדט. 

מוישע מאשבער איז עטװאָס בלאס געװאָרן, זעענדיק, װאָס יענער טוט. 
ער האָט מוירע געקראָגן פאר שענדונג פון די ארומשטייענדיקע ארע- 
סטאנטן, װאָס אז זיי האָבן צוגעקוקט זייער כאווערס מעלאָכע, האָבן זיי 
געלאכט און דאָס געלעכטער האָט זיך פון זייערע ארעסטאנטישע שטערנס, 
פּענעמער און מײַלער ניט אָפּגעטאָן. 

-- לאכט ניט! -- האָט דעמלט מיטאמאָל שטרענג א זאָג געטאָן דער 
עלטסטער, דער סטאראָסטע, דער, װאָס מיט דער געפאלדעוועטער באָרד 
און מיט דער העסלעך-געגאָלטער אייבערשטער ליפּ. -- ס'איז זאכן פון 
מײַן גאָט און זײַנעם, -- האָט ער א װײַז געטאָן אף מוישע מאשבער, 


91 


וועלכער איז געשטאנען נידערגעשלאָגן פונעם ארום, פון די ארעסטאנטישע 
געלעכטערס און פונעם עלטסטנס שוטפעס, אין וועמעס הענט זײַן טאלעס- 
און-טפילן האָבן ארײַנגעטראָפן, און װאָס, װי ער האָט געמיינט, אז אויך 
צוליב געלעכטער. 

ס'האָט זיך ארויסגעוויזן, אז ניין, אז ניט צוליב דעם. יענער איז געווען 
א ייַד... מאָלט אײַך, א װאָסערער: מיט א צינערן אוירינגל אין אויער, מיט 
א נידעריק-ביקישן שטערן, און דערצו נאָך מיט קורצע קלעצל-הענט, װאָס 
ער איז גרייט זיי אלעמאָל לאָזן אין גאנג. און מ'האָט געזען, אז קיין סאך 
מי װאָלט אים ניט געקאָסט, ער זאָל וועמען-ניט-איז, אויב ס'פאָדערט זיך, 
דערווארגן וי אַ קעצל. 

,דער נאָװאָראָסיִער? -- האָט מען אים גערופן. ער האָט געשטאמט 
פונעם נישט-לאנג באזעצטן נאָװאָראָסישן קאנט, װוּ די שעפע איז גרויס, 
װוּ מע עסט ווייצנס אפילע אינדערװאָכן און װוּ ייַדן זײַנען פארגרעבט און 
רעדן מיט דער שטארק-גראגערנדיקער ר-ר-רייש... 

זײַן געשיכטע -- גאָרנישט קיין געהויבענע. ער האָט זיך , באשעפ- 
טיקט" מיט גאנווענען פערד און פארקויפן אף װײַטלעכע יארידים. אויב די 
גנייווע איז אָפּגעגאנגען לײַכט, איז גוט, און אויב נישט, אויב מ'האָט זיך 
קעגנגעשטעלט, האָט ער זיך נישט אָפּנעשטעלט אויך פאר רעציכע, װאָס 
ס'האָט מיט אים שוין ניט איין מאָל זיך געמאכט. דערבײַ, אז ער האָט אמאָל 
געמוזט אנטלויפן, זיך אויסבאהאלטן אין סטעפּ און לײַדן הונגער, פלעגט 
ער אָפּשלאָגן א ,שטיקל" פון א סטעפּאָוװוע טשערעדע, דאָס אוועקלייגן און 
עסן רוי... מ'האָט געשמועסט, אז ער האָט אויך איצט, זיצנדיק אין טורמע, 
זיך ניט אָפּגעזאָגט פון ארײַנצוכאפּן אמאָל א כיילעק רוי פלייש, ווען ער 
פלעגט געשיקט וװערן אפן קיך ברענגען עסן פאר דער קאמער אָדער אזוי 
העלפן דעם קאָכער. 

מיט איינעם װאָרט, -- א פארװאָרלאָזטער יאָסעם, װאָס האָט זיך אויס- 
געהאָדעװעט ערגעץ אין א װײַטיליגנדיקן פּױערשן ייַשעוו אין נאָװאָראָסיע. 
ער האָט לאנג געדינט פאר א שיק-ייַנגל אָדער פאר אן אָנטרײַבער און 
דערפאר געקראָגן זײַן געמיינעם אויסהאלט און מיסטאם אויך נישט איבע- 
ריק גוט באהאנדלט געװאָרן, און דערפאר, װידער, ווען ער האָט אָנגע- 
טראָפן אף א גאנאָװוים-קאָמפּאניע, האָט ער פארייניקט זײַן דערפארונג פון 
קאָנען ארומגיין ארום פערד און אויך פון וויסן דעם סטעפּ צו דער דער- 
פארונג פון אנדערע ,ווייסערס", מיט וועלכע ער איז אוועק אפן געוויסן 
גנייוישן דערעך. 

ער געדענקט שוין קימאט נישט, ווען ס'איז געשען. ער האָט זײַן יוגנט- 
געשיכטע פון קאָפּ ארױיסגעלאָזט, און דאָס איינציקע, װאָס איז אים פון 
איר נאָך פארבליבן און װאָס האָט אים געבונדן מיט זײַן שטאם, איז געווען 
דאָס, װאָס אז ער האָט געהערט, וי מ'שענדט א זײַניקן, פלעגט ער זיך 
אײַנשטעלן, און אָפט פלעגט ער דעם געשענדעטן אונטער זײַן שוץ 
נעמען. 

יאָ, מוישע מאשבער איז נאָך א גליק געשען, װאָס ער האָט אף אזא איי- 
נעם זיך אָנגעשלאָגן, װײַל ווען ניט, װאָלט מען זיך זיכער מיט אים בא- 


92 


גאנגען, װי אלעמאָל מיט א נײַ-אָנקומענדיקן אין קאמער, -- ווען מ'נעמט 
אים ארײַן אין כעוורע מיט ארעסטאנטישער שפּיל, װאָס באשטייט פון 
קלעפּ, טרוקענע און נאסע, פון וועלכע דער נײַער, ביפראט אזא, וי מוישע 
מאשבער, װאָלט זיכער מיט קיין גאנצן אייווער ניט ארויס. 

יאָ, אוואדע א גליק, װאָס מוישע מאשבערס טאלעס- און טפילן-זאק 
האָט דערװועקט דערעכערעץ אויך צו אים אליין באם עלטסטן, באם סטא- 
ראָסטע, בא יענעם קאטאָרזשאן, װאָס איז געװאָרן זײַן באשיצער פון דער 
ערשטער מינוט, וי נאָר ער, מוישע מאשבער, האָט די קאמער-שוועל ארי- 
בערגעשפּאנט. 

אָבער װויי צו דעם גליק, ווען מוישע מאשבער האָט זיך בעסער אײַג- 
געקוקט און דערזען דעם פּארשוין, מיטן צינערנעם אוירינגל, מיטן טעמפּן 
שטערן און מיט די קורצע קלעצל-הענט, װאָס האָבן אים געמאכט אויסזען 
מער מערדער, װי אנדערע ארעסטאנטן, און װאָס דערפאר טאקע איז ער, 
אפּאָנעם, ארויסגערוקט געװאָרן אף אָנפירערשאפט: ער האָט באדארפט היטן 
די דיסציפּלין און שטיין אף דער וואך פון ארעסטאנטישע אינטערעסן, פאר 
וועלכע ער האָט געקאָנט שטרעקן זײַן אייגן לעבן און נישט שאנעווען דאָס 
לעבן אויך פון אנדערע, וועלכע האָבן זיך געפונען אונטערן אופזיכט פון 
זײַן מעסער, װאָס נישט געקוקט אף אלערליי פארבאָטן פון טורמע-רעזשים, 
האָט ער אים באויזן אויסבאהאלטן און באשטענדיק האָבן מיט 
זיף? 

וויי צום גליק, ווען מוישע מאשבער האָט זיך שפּעטער נעענטער בא- 
קענט מיט יענעמס פּאָנעם און מיט זײַן אייבערשטער העסלעך-געגאָלטער, 
בלאָװער ליפּ, אף וועלכער ס'פלעגט זיך אמאָל באװײַזן א גאזלאָנישער 
שװײיס-טראָפּן, ווען ער איז ארײַן אין קאס און האָט זיך באדארפט מיט 
עמעצן צערעכענען... 

-- ריבוינעשעלוילעם, -- האָט מוישע מאשבער שטילערהייט א זאָג 
געטאָן גלײַך נאָך דעם, װי ער איז ארויס פונעם ארעסטאנטן-רעדל, װאָס 
האָט אים באגעגנט אף דער שװעל, -- װוּהין האָסטו מיך עס געבראכט? 
און װוּ מיך אײַנגעשטעלט? 

ער האָט מוירע געהאט מער צו זאָגן, קעדיי ניט צו ציִען אף זיך די 
אופמערקזאמקײַט פון די ארומיקע. ער האָט דאָס מויל פארמאכט און בא 
זיך באשלאָסן, אז איצט איז ניט די צײַט, נאָר שפּעטער, אפדערנאכט, ווען 
אלע װעלן אנשלאָפן װוערן און ער װעט בלײַבן אליין, װעט ער שוין וי- 
ניט-ווי דערענדיקן, װאָס ער האָט איצט ניט דערזאָגט. 

און אזוי איז טאקע געווען. ער האָט גלײַך, נאָכן ארויסקומען פון צװוישן 
ארעסטאנטן-רעדל, באקומען אָנגעװויזן אן אָרט אף א נארע, װוּ זיך אֶפּי 
לייגן מיט זײַן קליין ביסל געפּעק באטאָג, און װוּ ער װעט אף באנאכט 
אלעמאָל האָבן זײַן געלעגער. ער האָט זיך ווייניט-ווי דאָרט באזעצט, און 
נאטירלעך האָט ער געזען זיך האלטן אין א זײַט, װײַט אָפּגעזונדערט און 
אין קיינע ארעסטאנטישע אסאָקים זיך ניט מישן. ער האָט אויך אָנהײב 
אָװנט באקומען זײַן פּאָרציע עסן, אויסגעטײלט לויט דער נאָרמע, פון 
וועלכן ער האָט זיך אָפּגעזאָגט מיט אן אויסרייד, אז ער איז איצט ניט 


פָּפֵפַ 


דערבײַ און אז ער טרעט דאָס אָפּ דעם, װאָס באגערט אָדער װאָס נײיטיקט 
זיך אין דעם. דעמלט האָט ער גענומען ארומקוקן זײַן געלעגער אף דער 
נארע, דער גלאט-אָפּגעפּאָלירטער פון לאנגן געברויך פון פיל לײַבער, װאָס 
האָבן זי אויסגעריבן. ער האָט צו יענער צײַט אויך געװאָרפן אן אויג אֹף 
דער פּאראשע, װאָס ביז אהער האָט ער זיך אָפּנעהאלטן פון צו קוקן אי 
אף איר, אי אף די, װאָס האָבן, אָן שום בושע, בא א קליינער באדערפע- 
ניש, זיך געווענדט צו איר, שוין צוגעוווינט... 

ער האָט, לעסאָף, דערצויגן די צײַט, ווען דער ארעסטאנטן-אוילעם האָט 
זיך גענומען גרייטן צום שלאָפן, און ווען א קליין קאנעצל, אין איינער 
א וואנט אײַנגעמױערט, האָט שוואך באלויכטן די קאמער, װי אויך די 
ארעסטאנטן, װאָס זייער גרויע קליידונג האָט איצט אינגאנצן דעם קאָליר 
אָנגעװױרן און זייערע אזוי אויך מאט-געלע פּענעמער האָבן זיך איצט איינס 
פון אנדערן מיט גאָרניט אויסגעטיילט אין טונקל. 

און אָט האָט מען זיך באלייגט. מוישע מאשבער האָט איצט, דאָס ער- 
שטע מאָל, באדארפט זײַן טורמע-געלעגער באנײַען. ער האָט דאָס געטאָן. 
און אָט דעמלט, ווען אלע ארעסטאנטן האָבן, נאָך לאנגן און קורצן מאָסטען 
זיך, גענומען אײַנשלאַפן, האָט ער, לעסאַף, געקראָגן די געגארטע שאָ זיך 
צו באדענקען און זײַן לאגע צו באזיניקן... 

ווער ס'װואָלט אף אים דעמלט א קוק געטאָן, װי ער איז באם שוואכן 
קאנעצל-שײַן, צװישן אלע איבעריקע ארעסטאנטן, געלעגן אף דער נארע, 
װאָלט אויך געזען, װי דאָס פּאָנעם איז אים נאס פון טרערן, וועלכע גייען 
אים נישט פון די אויגן, נאָר פון ערגעץ א טיף-אינערלעכן קוואל אָן א 
נאָמען.. 

מוישע מאשבער האָט, ליגנדיק אף דער גלאט-אָפּגעפּאָלירטער און גלי- 
טשיקער נארע, אָן שום אונטערגעבעט, נישט באמערקט, װי ער וויינט, װי 
אויך נישט באמערקט, ווען ער האָט אופגעהערט וויינען און איז, דאכט זיך, 
האלב אײַנגעשלאָפן, און וויאזוי פאר זײַנע אָפּענע אָדער עפשער שוין צו- 
געמאכטע אויגן האָט זיך אים שפּעטער, דערנאָך -- זע -- זײַן טאטע בא- 
וויזן. 

...אין א קיטל. און אין גארטל האָט ער געהאט אייניקע שויפרעס פאר- 
שטעקט, װי א באל-טקיע אמאָל, װאָס פארגרייט זיך, אז טאָמער װעלן 
אים ניט גיין די טקיעס אף איין שויפער, זאָל ער האָבן אונטער דער האנט 
אנדערע... 

-- װאָס איז דאָס, טאטע? ס'הײַנט ראַשהאשאָנע? -- האָט מוישע מאש- 
בער פארװװונדערט א פרעג געטאָן. 

-- ניין, מײַן זון מוישע, א כיירעם. 

-- אף וועמען? 

-- טו א קוק, -- האָט דער פאָטער געענטפערט. 

און דאָ האָט מוישע מאשבער מיטאמאָל זיך דערזען עפּעס אין א גרוי- 
סער שול, װוּ אלע פאָלקס-פײַערלעכקײַטן קומען פאָר, סײַ פריידיקע און 
סײַ ווען, כאָלילע, דער הײפּעך... זיך אליין זעט ער שטיין אין א זײַט, 
וי א געשטראָפטער, פאר וועמען דער פארזאמלטער אויַלעם האלט אויס- 


94 


געטיילט א באזונדער אָרט, קעדיי דאָס, װאָס דארף אים געשען, זאָל קיי- 
נעם ניט אָנרירן, ניט שאטן. 

זײַן טאטן מיט נאָך אייניקע אזוינע כאָשעװע, װי דער טאטע, זעט ער 
שטיין אפן באלעמער, וי ערעוו קאָלנידרע, בא פיל אָנגעצונדענע ליכט און 
לאָמפּן אין שול... א גרויסער אוילעם איז פארזאמלט אין גרויסיערפורכ- 
טיקן שװײַגן, מיט וועלכן מ'ווארט אף עפּעס א פאָרשטײענדיקער געשעע- 
ניש... די שול, קעפּ און פּענעמער פון אוילעם זײַנען באלויכטן פון פיל 
ליכט, װאָס קומט אראָפּ פון די הענגלײַכטער פון דער סטעליע, פון ליכט 
אפן אָמעד און ליכט אפן באלעמער. דער פּאָרױכעס איז פארנומען, די טיר- 
לעך פון אָרנקױדעש שטייען אָפן, און די סייפערטוירעס קוקן און ווארטן 
אויך אף דעם, װאָס אלע. 

און מיטאמאָל דערהערט זיך א קאָל פון א שויפער, װאָס מאכט אלעמען 
אופציטערן, און באזונדערס ציטערט אוף און דערוואכט ער, מוישע, װאָס 
שטייט אן איינזאמער, אין א זײַט אָפּגעזונדערט, און ער דערזעט דעם שוי- 
פער צוגעשטעלט צום מויל ניט פון קיין אנדערן, נאָר פון זײַן טאטן, װאָס 
גיט צו וויסן דער איידע וועגן זײַן זון, וועמען מ'האָט אן אָרט אויסגע- 
טיילט. 

-- א קלאָלע, -- דערהערט זיך דערנאָך א קאָל אויסרופן, -- די העכסטע 
פון די קלאָלעס -- פון דער טויכעכע, פון יעהוישוע בין-נון און פון אלע 
אנדערע אפן קאָפּ פון דעם, װאָס געפינט זיך דאָ אן אָפּגעזונדערטער 
און װאָס האָט באטראָטן דעם עג פון אָפּטריניקײַט, פון שאנד און 
פעלשונג. 

-- פארשאָלטן זאָל ער זײַף -- האָט דאָס קאָל אויסגערופן. -- אין 
שטיין און אין גיין, אין שטוב און אין דרויסן, אין שטאָט און אין פעלד 
אאוו. אאוו. 

-- פארשאָלטן, -- זאָגט נאָך דער גאנצער אוילעם שטיל און אָפּנעהיט 
יעדעס װאָרט פון שעלטער. 

און דאָ הייבט מוישע מאשבער אוף די אויגן, און ער דערזעט און דער- 
קענט פיל פון די אָרעמע באלכויוועס, בא וועלכע ער האָט זיך אָנגעל;ען 
און װאָס פלעגן די לעצטע צײַט זײַן קאָנטאָר באלאגערן און זיך צו אים 
ווענדן מיט טאכנונים, און װאָס דאָס לעצטע מאָל, ווען מ'איז צו אים שטארק 
צוגעטראָטן, האָט ער זיך דורך א הינטער-טיר אויסגעדרייט, איז אװעק 
אהיים, און דער אוילעם האָט אים נאָכגעיאָגט און האָט אין זײַן עסצימער 
פיל געליארעמט און דערנאָך געמוזט פארלאָזן דאָס צימער, פון א פרעמ- 
דער האנט ארויסגעטריבן. 

-- יאָ, -- האָט מוישע מאשבער, שטייענדיק בא דער זײַט אָפּגעזוג- 
דערט, גענומען אף זיך די קלאָלע, אונטער וועלכער ער איז איצט גע- 
שטאנען, װי אונטער א האָגל, געבויגן, פארשעמט און געשטראָפט אי פון 
גאנצן אוילעם אי אויך פון זײַן טאטן, װאָס שטייט אפן באלעמער צװישן 
אזוינע װוי ער און מוז מיט די אייגענע ליפּן די אלגעמיינע שעלטונג אונ- 
טערהאלטן און נאָכזאָגן -- װי צום ביזאָיען. מוישע מאשבער נעמט אף זיך 
דאָס אלץ, בארעכטיקט און בעט דעם טויט אף זיך... 


99 


און מיטאמאָל פארשווינדט דאָס בילד: די שול, דער אָמעד, דער באלע- 
מער און דער גאנצער אוילעם, װאָס האָט זיך דאָרט פארזאמלט, און 
ס'בלײַבן נאָר ער און זײַן טאטע, איינע אליין, איינער לעבן אנדערן, און 
דער טאטע (פאָרט א טאטע) קומט אים אנטקעגן מיט דעם, מיט װאָס מ'קאָן 
נאָר אנטקעגנקומען אן איינעם, װאָס איז גרייט אף אלץ. ער קומט צו אים 
צו, אלץ אין זעלבן קיטל אָנגעטאָן, און ער באװוײַזט אים די גרייס, די ברייט 
פון קיטל, אז ער איז גענוגנד, הייסט עס, אז אויך ער, מוישע, זאָל זיך אין 
אים אײַנהילן און מיטגענומען וערן אֹהין, פונוואנען דער טאטע איז אהער- 
געקומען -- א שויכיין-אָפאָר פון יענער וועלט... מוישע מאשבער איז שוין 
גרייט באלד צוצופאלן צום פאָטער און זיך לאָזן אהין, װוּ דער פאָטער 
באגערט אים מיטצונעמען... 

אָבער דאָ טוט ער זיך א כאפּ אוף און דערזעט זיך ליגן באנאכט, בא 
דער שוואכער קאנעצל-שײַן, אף דער נארע, בא דער זײַט פון גרוי-גע- 
קליידטע ארעסטאנטן אין אָנטאָן, װאָס האָבן זייערע ארעסטאנטישע שי- 
נעלן איבער זייערע קעפּ אריבערגעצויגן. און אזויווי ער האָט בא זיך 
אָקאָרשט געפּױעלט צו מאכן א שפּאן פון איין װועלט אין דער צווייטער, 
ארט אים שוין דערום ניט דער צוריק-קער אהער, צו דער הארבער 
װירקלעכקײַט, וועלכע ער האָט איצט דערזען בא דער שוואכער קאנעצל- 
שײַן. 

ער איז נאָכן דערוואכן לאנג ליגן געבליבן מיט אָפענע אויגן. ס'איז נאָך 
געווען פרי, נישט שפּעטער, װי האלבע נאכט, און מוישע מאשבער האָט 
זיך אין האלבן דרעמל דעמלט איבערגעטראָגן אין שטאָט, װוּ ס'האָט אים 
געדאכט, אז ער שטייט און הערט זיך אײַן, װאָס מ'רעדט צװישן באזונ- 
דערע רעדלעך אין מארק, װוּ אייניקע באדויערן אים און אנדערע, פאר- 
קערט, טײַנען, אז ער האָט פארדינט, אז ס'איז רעכט אזוי און א מיצווע 
אף אים. 

ער האָט דערנאָך געדאנקלעך זיך דערקליבן צו זיך אהיים, װווּ ס'האָט 
אים ווידער געדאכט, אז ער בלאָנקעט צוערשט אום אין זײַן פּוסטלעך- 
באנאכטיקן הויף, װוי אן אומבאקאנטער, קומט אונטער די טירן און האָט 
ניט דעם מוט זײַנע אייגענע שװועלן אריבערטרעטן; דערנאָך, אז ער בא- 
שליסט זיך און קומט לעסאָף אין שטוב ארײַן, דאכט אים וידער, אז ער 
שפּאנט אום, וי ביגנייווע, מיט שטילע טריט פון צימער צו צימער.. צו- 
ערשט קוקט ער זיך אײַן אין די אייניקלעך, װי זיי שלאָפן; דערנאָך קומט 
ער אין זײַן טאָכטער יודעסעס צימער און זעט, אז זי שלאָפט ניט און 
אז די קישן איז איר נאס פון טרערן, װאָס הערן ניט אוף שטיל אראָפּ- 
רינען און קאפּען. און לעסאָף, אז ער קומט ארײַן צו זיך אין צימער, זעט 
ער, װי זײַן בעט איז פארבעט און קיינער פארנעמט עס ניט, און אין אנט- 
קעגניבערדיקן ליגט גיטעלע, זײַן װײַב, אָבער זע -- עפּעס מעשונע, נישט 
זי שלאָפט, נישט זי וואכט, נאָר קוקט מיט גלעזערנע אויגן אין איין פּונקט 
פארגליווערט און דערװועקט עפּעס א פּאכעד מיט איר פארגליװוערטקײט. 
ער דערשרעקט זיך, און באלד איז אים גרייט א געשריי פון גאָרגל ארויס- 
קומען, װוי גלײַך ער װאָלט בעעמעס זײַן אין דער היים און װאָלט ווירקלעך 


090 


דערזען גיטעלען עפּעס פארומגליקט. ער האָט זי דערזען אזוי נאָענט, אזוי 
װאָר, אז װי ער האָט ניט געװוּסט, װאָס אין זײַן היים אין הײַנט פאָר- 
געקומען נאָך דעם, װי ער האָט זיך שוין פון געריכט ניט אומגעקערט, 
האָט ער דאָך דערפילט, אז עפּעס ענלעכעס צו דעם, װאָס ער זעט איצט, 
האָט געוויס דאָרט געטראָפן, און ס'האָט זיך אים וידער געװאָלט פון 
גאַרגל א געשריי ארױיסלאָזן, װי ווען מ'רופט צו הילף אין אן אייס- 
צאָרע. 

אָבער דאָ האָט ער זיך ווידער א כאפּ געטאָן און זיך דערמאָנט, װוּ ער 
געפינט זיך: אז ניט אין דער היים, אז װײַט פון שטאָט, אין טורמע, בא- 
נאכט, צוזאמען מיט ארעסטאנטן אף דער גלאט,אָפּגעפּאָלירטער גליטשי- 
קער נארע -- און אז װאָס װעט אים העלפן דאָס שרײַען.. 

ער האָט שוין אזוי, די גאנצע נאכט ליגנדיק, מיט קיין אויג ניט צוגע- 
מאכט, און פארטאָג, ווען אלע ארעסטאנטן זײַנען נאָך געשלאָפן און ווען 
דער שוואכער אָנהײב טאָג האָט דורכן הויכן פארגראטעטן פענצטער מיט 
די ערשטע סימאָנים בלאסקײַט ארײַנגעקוקט, האָט מען געקאָנט זען, וי 
מוישע מאשבער איז אין טאלעס-און-טפילן אָנגעטאָן מיטן פּאָנעם צום 
פענצטער געװוענדט געשטאנען. דער טאלעס איבערן קאָפּ האָט געמאכט 
אָנזען זײַן שארף-קאנטיקן שעל-ראָש, װי עפּעס א מין מעשונעדיקע שיש- 
קע. ער איז געשטאנען די גאנצע צײַט פון דאוונען, װי בייס א לאנגער 
שמוינע-עסרע -- רויַק, שטיל און מיט קיין אייווער ניט גערירט. און ווען 
איינער אן ארעסטאנט, װאָס האָט זיך גראָד דעמלט אין שלאָף דורכגע- 
װאָרפן, האָט אופגעהויבן די אויגן און געװאָלט זען, װי שפּעט ס'איז, און 
האָט דערזען מוישע מאשבער אין זײַן פרימאָרגנדיקן פרעמד-ייַדישלעכן 
פּוץ, אזוי האָט ער זיך מיטאמאָל ווילד דערשראָקן, נישט וויסנדיק, װאָס 
ער זעט פאר זיך, צי א לעבעדיקן מענטשן צי עפשער א געשפּענסט, װאָס 
האָט ניט באוויזן אין שלאָף און אין כאָלעם אים פארשווינדן. 


8 8 ִ* 


און שוין. אוֹן דאָ לאָזן מיר איבער מוישע מאשבער אין טורמע אף א 
צײַט, ביז מיר װעלן אים שפּעטער צוריק אהיים ברענגען אן אונטערגע- 
ריסענעם און שוין קימאט נישט ער. 

-- װײַל יאָ, -- פארלויפן מיר דאָ אף פריַער, -- כאָטש אדאנק געוויסע 
הישטאדלעסן פון זײַנע אייגענע און אויך אפילע פון זײַנע בייזע באלכוי- 
וועס, וועלכע האָבן, סאָפּקאָלסאָף, זיך ארומגעקוקט און זיך דערמאָנט, װאָס 
זיי האָבן דאָ אָפּגעטאָן, -- כאָטש, זאָגן מיר, אדאנק אָט די הישטאדלעסן 
האָט מען זיך דערשלאָגן בא וועמען מע דארף, מ'זאָל אים, מוישען, אויס- 
טיילן צום בעסערן פון אנדערע ארעסטאנטן און מזאָל אים פארגרינגערן 
כאָטש דערמיט, לעמאַשל, װאָס מ'זאָל אים נישט נעמען אף שווארץ-ארבעט 
אין שטאָט װי אלע אנדערע, קעדיי מ'זאָל אים ניט זען אין ביזאיען און אין 
די ארעסטאנטישע קלײדער: כאָטש מ'האָט אויך געפּױעלט, מ'זאָל אים 
צולאָזן שאבעס-יאָמטעוו די געהעריקע ייִדישע שפּײַז, װי דער דין און 


597 


מינהעג פאָדערט; כאָטש מ'האָט אויך ווידער געפּױעלט, אז וען מ'האָט 
דערהערט, אז ער איז קראנק געװאָרן -- צי פון צאר, צי פון טורמע- 
רעזשים, -- זאָל מען אים גלײַך איבערפירן אין טורמע-שפּיטאָל, װוּ ער 
װעט זיך געפינען אף בעסערע דערנערונג און אונטערן אופזיכט פון א 
דאָקטער, וועלכער װעט באקומען גוט באצאָלט פאר גוטער באציונג, -- 
כאָטש דאָס אלץ האָט מען געפּױעלט, דאָך אָבער האָט דאָס ניט געניגט, 
מ'זאָל אים זײַן בראָך צוריק גאנץ מאכן און אז ער זאָל אליין שוין ניט 
האָבן בא זיך געפּױעלט, אז בעסער װאָלט אים געווען זיך איבערפּעקלען 
אהין, װוּ דער פאָטער האָט אים פאָרגעלייגט, איידער צו בלײַבן דאָ, נאָך 
אלעם דעם, װאָס אים האָט לעצטנס געטראָפן. 


סאָף טווייטעה יי 


208 





אינהאלט 


מ. בעלענקי 
מישפּאָכע מאשבער" . . . 
פאָרװאָרט * * * . *+ + + 


+ 


+ 


ערשטער טייל 


וד שטאט א :"2 2.2 2 
ון. מישפּאָכעיכראָניק ‏ . . . 
ווו. לוזי בא די זײַניקע . . 
שו קרול נאפף = "...2 


* 


+ 


ע. דער קריג צװישן די ברידער . 


וש װידער.. סהולל. '. 6. .י; 


* 


ווע. אף ;פּרעטשיסטער? יאריד . 


וווע. צוויי אויסערן יאריד . . 

או. א קליין ביסל שטייגער . 

שעיוכמארעס 061 ע 2 2 
וז ערע קראך + + + . 


* 


* 


* 


ווא. אלטער. דרײַ באזוכן בא אלטערן : 


צווייטער טייל 


ן. דעמלט האָט געטראָפן . 


* 


|ו. צוויי טויטן, איין כאסענע . 


װוו: באנקראט. :' . . 
צו. בייזויליקער באנקראט 


* 


דער ניסטער און זײַן ראָמאן ;די 


זײַט 


17 
141 
185 
20 
2600 
284 
293 
226 
230 


211 
49 
533 
5717 


(ממ28ת)ס 
6 ת, 


194-+4 


ק206610 2160 


2טט1ן118 ג{טותםס 


)16 6806486084026 2438146( 


װ1122 קדס 600 ,1974 , עפחס21סעחת /400861044 .24 
-1044448/ .8 .2 אעהאנסתצאת 194 טאן .ת 1974 4אסצחומם 
ססדאה8תסם אנסתצ!ת 8646840848 66 241 00ע8אג2תטת 
-2630604424 .6 .7 4100א22סט .1688 .260/0748 .0 .8 
28600 ם 60484840 6:106208448 .2 4 סס}עאסמט160 
יז 1974 17/01 עזגטסת א 0280עחת110 .ת 1973 11/411 
-38ע-.ט/ .(31,9) 1824 .ה .1166 .| סא 840.1081232 2תגזאצט 
י6צם { 11682 999 32423 -בא3 2000 אנגקען .30/8 .תחת 
, /216/8סעת /4600861044 11322286280080 חסא 29 
82 100 .קסת 846א080אע186388 .ט ,169 2100482 
-00ע17 200040808424 ע8טסא382 160204000 סתסם8סתצקד1 
- 262 קת2עט00ח46:0103 קעעעעסנהאס8סק 802ס411 7 פַּא. ע10260 
8) 160841606 זא10048220186440 עאקח ?עגאסקת 
-עחהסת ,232216228018 8אגח26 סח 0002 8ססדסעטחות 
-קסת ,1-19 ,2400482 .עחמסתקסד 21142810/0 11 געט2קז 
3 ,216028082 


70303--0 


2 


4 


6 083)02(--24 


: 
6 
0 
{