צם א ח/פז1ן חאפנפפו!צ 1 זוסום ס6עממזקןתפ אעט/מ1פ

06 9

יי ןפ דעכ אוש ןשוק

261ט816 5התס{

= צאפשט ן/ץ אג/1זא 1148 | אס1 26 6011 4104 1188 1 ספוססוצ

מט אס 8008 תפוססזצ. זג אסחזא א 5 9ט554011 זא , דפּחק1ז1אג

אתדא8ס אססם8 מפ1םמנצ אסזדא א 65 , ,857 111 60 .19568181184מפנצ | 250-4900 413

אס ממזדאפסצ0ס0מזנפזנסםסזצ צלצרעט

8 סע סאונסאטש? מסןאזא צחא פוז מפוספנצ 1,ד1ס1ם 6ס181888עפ אטעפך1פ :צמם פמפעפמזצסמ? פא עץ

1 1 01960ט) 110 10111ו16/ חוטחסץב) 160 67 4716/ /ד|גנדום"? הוחנזוט עזג זוגסנוו/51 סחיך װוס10014011 ווזסנ/ספּזובן חוחטזחם חוום 128016 /1501609/4 1018

16זקן 140674

17011116011071 7015 18111160148 1 .כו /ז16 /א01115/סזס1 300 הזוח וחזחפ 1ו10111140110 פ'זסטווזסעץ 160116116 וו /זזחגע 2 02 פתאעונג? סאא פגפטואתא סאג 6611167) 8000 16615/0/ 1010

{סטתזץ5 21ת1:80100 2 15,ע00טהסקן ת20106 עס ,6+טע 014006ק טת 1 חסץ! 0006 תסהק019ס זטס זס} תסוהזקפת1 סח 1 .ץו1צ768/1ס 80ו100} 01 .151261 ,װז05216ז16 04 1ת11202 600161 3 214156 160סת סח עט חקו069 8

פוז עזזטקטיוק 1016116001 סתה זחקוזעקסס סח} 1696018 זסזת6 6 אססט 0פו146+ וגמטוזהצז טחך רחוס סו|סטק סח) תו ז6ח61 15 6016 פנח) ,166826טצסתא זווס 0651 סון) 10 .פאססט זטס חו .1060111160 06 גס /106סת זהקנצעקסס 6ת16צטס סת הסנה שש 101 /1סטט תגתקזס חג 18 וו זט - 0068 סחשו עשסת; טסץ }1 עס - עעסזט פוח) ס6 זוקוצעקסס 6עוז80 תג סוסה טסע /1 -18ס.זסחאוט69װ096הותט 81 |1החוס צט זס,101א 413-250-4900 26 טתסחוק צט 1204ח60 162956ק

! בְּרודֶער און שְׁוֶועסְטֶער

- גְרוים איז דִי לִיעָבַע צְווישֶׁען בּרוּדֶער אוּן שְׁוֶעסְטֶער, צעטיילְט הָאבֶּען זֵיי לַאנְגֶע יָאהְרֶען פוּן זִיךְ נִישְׁט עחֶערְט גֶעלִיטֶען. נויט אִבֶּער רִי גְרוֹיסֶע לִיעַבַּע ה יי צוריק פֶּערְאֵינִיגְט אוּן תאמ גֶעפִיהָרְט.

א קרעפּעל אייגענטום פונ'ם פערלאג שמחה פריינד

וואנאשק אנעאכיצטעטננטא יט

פשעמישל.

| (/ ו | | | טאג פוּן דער געגענװאַרט פון | | ו == נאַכדרוק פערבאטען אע

)5

: | 10931884 ו זתהם 0006

(14281264096 צץוזז!! 1250056שט

ו

ו מפצזאמשתת פאטטםין 8נוסעצפֿ |

יא 2

04 4 9 1 |; פאאזס? או פ=נאוג? צסתס:20ש יט

וֶ בְּרוּדֶער און שְׁוֶועסְטֶער |

| גְרוים איז די לִיעִבַּע צְוִוישֶׁען בְּרוּדֶער אוּן שְׁוֶעסְטֶער, | |

צֶעמֵיילְט הָאבֶּען זֵיי לַאנְגֶע יָאהְרֶען פוּן זִיךְ נִישֶׁם | | גֶעהֶערְט גֶעלִיטֶען נויט אָבֶּער דִי גְרוֹיסֶע לִיעבֶּע הָאט | - = נֵיי צוריק פֶּערְאֵיינִיגְט אוּן צוּזַאמֶען גְעפֵיהָרֶם,

י. קרעפּעל אייגענטום פונ'ם פּערלאַג

שמחה פרײַנד פשעמישל

מַ-- :אכדרוק פערבּאָטען פא

|| ( | : ערצעהלונג פוּן דער געגענװאַרט פון | וׂ וְ ן | |

: 188 זגהם ׂ 6טספס

(142/12406 צחחזו} 1250056/ט | יט {מאשטתמע אטסזאעפ |

ׂ 4 9 1 0אה201 או ספזאותע + צחס!ת20:0שי א

וָ ו א 2 2 :טע טעבעג טערט קילבופ :2 איבמ ,אי

.ט12601081? ש ג2מ20818908 | 50862122 גומזגעטזס

א.

- אין דעם פּוֹילישען א 5 איז געשעהען אַ גרוֹיס אונגליק.

שלמה'לע, דאָס דריי יעהריגע יוּנגעלע פוּן דעם בּעקאַנטען טוֹחר משה גראַסבּערג. איז פּלוּצים פערשוואוּנדען,

עס איז געווען אין אַ דאָנערשטאָג, דעם טאָג, אין וועלכען עס קוּמט יעדער װאָך פאָר דער טאַרג, אין דעם טאָג פלעגען יעדעס מאָל די פּוֹיערים פוּן די אַרוּמיגע דערפער קוּמען אין שטעטיל אַרײין, בּרענגען זייערע קעלבּליך, קיה אוּן אָקסען, פערד אוּן חזרים, הינער אוּן גענז, אייער, קאַרטאָפּעל, ווייץ אוּן קאָרן פערקויפען, אוּן פאַר דעם געלײזטען געלד ווֹיפען צוּקער, זאַלץ, קאַװע, נאַפט, זייף, הערינג, לעכט, שטיועל, קליידער, קוּטשמעס וכדוֹמה,

דאָס גאַנצע שטעטיל האָט געלעבּט פוּן דעם דאָנערשטאָג, אין דיעזען טאָג פלעגען אַפילוּ אַלע ליידיגגייערס, אַלע ' בּטלנים אוּן קלוֹיז.יוּדען ווערען סוֹחרים, זיך אַרוּמדרעהען אוֹיף דעם מאַרק, זיך צוּשמעקען צוּ יעדען, װאָס וויל קויפען אָדער : פּערקוֹיפען, אוּן חאַפּען אַ פּאַר פּרוּטוֹת מעקלעריי.

דער הויפּטמאַרק איז געוען אוֹיף דעם רינגפּלאַץ, דאָרט אַהין פלעגען זיך די פּוֹיערים צוּזאַמענפאָהרען. דאָרט האָט מען געהאַנדעלט אוּן געװאַנדעלט, זיך געדרעהט אוּן אַנדערע | געדרעהט אַ קאָפּ. דאָרט זענען אוֹיך פאַרהאַנען געוען אַלע | קראָמען פוּן שטעטיל,

4 י קרעפּעל

אוֹיך משה גראָסבּערג האָט אוֹיף דעם רינג געהאַט זיין נעוועלבּ מיט גוֹיִשער שניט-סהוֹרה, דאַנערשטאָג איז בּיי איהם געוען דאָס הויפּטלײיזוּנג, אין דיעזען טאָג פלעגט נישט נאָר ער, אוֹיך זיין ווייבּ אוּן די ערװאַכּסענע קינדער שטעהען אין קראָם אוּן העלפען פערקויפען, אָדער אַכטונג געבּען, עס זאָלען נישט פאָרקוּמען קיין גניבוֹת. דעם גאנצען טאָג איז די קראָם געווען פוּל געפּאַקט מיט פּוֹיערים, װאָס האָבּען געקליעבּען . סחוֹרוֹת, זיך געדוּנגען, געקויפט אָדער אַװצקגעג;ונגען מיט גאָר נישט. דעם גאַנצען טאָג פלעגט משה גראָסמאַן אוּן זיינע בֹּנַל- . בּית זיצען װי צוּגעקאָיעט צוּ דער קראָם, גישט ‏ עסען אוּן נישט טרינקען, נאָר געאַרבּייט אוֹיף אַלע כּלים, אַרוֹיסצוּבּרענגען דעם פּדיוֹן פאַר דער גאנצער װאָך. .

אוּן אין אַזאַ דאָנערשטאָג איז פּלוּצים שלמה'לע נעלם געװאָרען.

די גוישע דיענסט, װאָס פלעגט תּמיד דאָנערשטאָג בּלײיבּען אין דער היים מיט דעם קינד, איז עפּיס קראַנק געווען אוּן געגאַנגען אין שפּיטאָל, מען האָט נישט געהאַט בּײ וועמען איבּערצוּלאָזען שלמה'לען אוּן מען האָט איהם מיטגענוּמען אין קראָם, איהם אַניעדערגעזעצט אוֹיף א בּענקיל פאַר דער טהיר אוּן יעדע פּאָר מינוּט אכטונג געגעבּען, װאָס ער טהוט, צִי װיל ער נישט עסען וכדוֹמה,

דעם גאַנצען טאָג איז ער געבּליעבּען אוֹיף זיין אָרט, אַפּאָר מאָל אַבּיסעל אוּנטערגעוויינט, האָט מען איהם בּערוּהיגט מיט אַ לעקיכעל, אַ צוּקערל, איז ער וייטער געזעסען רוּהיג אַ צייט. ערשט פאַר נאַכט, װען דער יריד איז געװוען אין סאַמע בּרען, װען מען האָט אין אַלע קראָמען געשויצט וי כהבדיל צוּ נעילה אוּן זיך געסטארעט אַרײנחאַפּען נאָך אַבּיסעל לייזוּנג, האָט מען אין דעם יוּנגעל אוּי גאַנצען פערגעסען. אוּן

ווען

בּונדער אוּן שוועסטער אס

ווען עס האָט אָנגעהוֹיבּען צוּ טוּנקלען אוּן דער רינג צוּ ווערען

ליידיג, ערשט דעמילט האָט זיך די מוּטער דערמאַנט אין

שלמה'לען אוּן אַרוֹיסגעלאָפּען זעהען, װאָס ער טהוּט. אָבּער

. פון דעם יוּנגעל איז נישט געבּליעבּען אַפילוּ קיין אָנצייכעניש.

ער איז נעלם געװאָרען װי אַ שטיין אין װאַסער.

עס איז געװאָרען א רעש, אַ געפּילדער. מען איז געלאָפען

צוּ דער פּאָליצײ, געזוכט, נאָכגעפרעגט, געפאָרשט, אפשר

. האָט אימיצער געזעהען, ואוּ שלמה'לע אין אַהינגעקימען.

. אָבּער קיינער האָט נישט געװאוּסט פוּן עפּיס צוּ זאָגען. װער

האָט זיך אוֹיך געקענט פעראינטערעסירען מיט דעם יונגעל אין

.דער שעה, װען מען האָט אַנדערע דאַגוֹת אוֹיף דעם קאָפּ,

נאָר דיגוי'שע װאַסערטרעגערין פוּן שטעטיל האָט דערצעהלט, אַז עס דאַכט זיך איהר, אַז זי האָט שלמה'לען געזעהען אוֹיף

אַ גוישער פוּהר אַרוֹיספאָהרען פוּן שטעטיל,. ער האָט זיך הגעשפּיעלט מיט אַ בּלעכערן פייפערל, אוֹיף דעם װאָגען איז . געזעסען א פּוֹיער אוּן א פּויערטע. זי האָט לכתּחֹלֹה נישט

דערקענט, װער דאָס איז, ערשט ווען עס איז געװאָרען דער רעש האָט זי זיך דערמאַנט אוּן מיינט, אַז דאָס האָט געמוּזט זיין שלמה'לע. - = מעהר האָט זי נישט געואוּסט צוּ דערצעהלען אוּן פוּן איהרע װערטער האָט מען בּלוֹיז געװאוּסט, אַז שלמה'לע איז אַוװעק געגנבעט געװאָרען פוּן אַ פּוֹיער, מעהר נישט, מען האָט אַרוּמגעזוּכט אין די אַרוֹמיגע דערפער, אָבֹּער אוּמזיסט. מען האָט קיין שׁוּם שפּוּר נישט געקענט געפוּנען. די פערצווייפעלטע עלטערן זענען אַרומגעפאָהרען צוּ

' אַלע גוטע יוּדען אוּן להבדיל צוּ ציגיינער אוּן טאָטערנס, אָבּער אוֹיך דאָס איז געווען אוּמזיסט,. די גוּטץ יודען האָבען דיל מבטיח, געוועָן, אַז גאָט װעט העלפעה די טאָטלר:ס ונעקן

צִפִּיס

8 י- פּרעפּעל

עפּיס געפּלאַפּעלט פוּן אַ ווייטער מדינה, פון אַ מלחהמה, פין אַ שׂריפה, פוּן אַ אוּנגליק, אָבּער קיין שוּם קלאָרע ידיעח האָט מען פוּן זיי נישט געקענט אַרוֹיסבּעקומען.

די צייט היילט אַלע ואוּנדען. עס איז אַװעק אַ יאָהר אוּן צוויי אוּן אין שטעטיל האָט מען פערגעסען אין דער גאַנצער מעשׂה, די עלטערן פוּן דעם יוּנגעל האָבּען זיך אַפילוּ נישט געקאָנט טרייסטען אוּן פלעגען בּיי יעדער געלעגענהייט אָבּזיפצען אוּן זיך פרעגען : װער ווייסט, װאָס אוּנזער שלמה'לע טהוט איצט ! לעבּט ער נאָך 1 װי אַזֹי געהט עס איהם בי די גוֹישע עלטערן! אָבּער זיי האָבּען זיך געמוזט בּעגנוּגען מיט דעם זיפץ. זייענדיג פּרוּמע יוּדען האָט זיי אַם מייסטען געשמערצט, װאָס זייער שלמה'לע געפוּנט זיך אין גוֹישע הענד אוּן נישט וועלענדיג פלעגען זיי אין האַרץ ווינשען, אַז ער זאָל נישט מעהר לעבּען. בּעסער שטאַרבּען, איידער זיין אַ גוֹי. ער קען אפשר גאָר אַמאָל א ר א אַנטיסעמיט, אַ שׂוֹנא ישׂראל,..

דריי יאָהר נאָך שלמה'לעס פערשואונדען האָט זיין מוּטער געבּוֹירען אַ מיידעלע. די עלטערן חאָבּען איהר אַ נאָמען געגעבּען שוּלמית, כּדי זיי זאָלען כּסדר ווערען דערמאַנט אין שלמה'לע. דאָס איז געווען זעהר אַ שיינס אוּן אַ וואילס אוּן טאַטע-מאַמע האָבּען זיך מיט איהר געטרייסט נאָך זייער |פערשוואוּנדענעם יונגעלע,

ב,

אין דערזעלבּער צייט, װאָס משה גראָסבּערג און זיין פאַמיליע האָבּען אַזוֹי שטאַרק געטרויערט נאָך שלמה'לע, האָט זיך דיעזער געפונען אין אַ פּוֹיעריש הוֹיז. '

'זיצענדיג

בֿוונדער אוֹן שוועסטעל 2

זיצענדיג אַזוֹי אין יענעם דאָנערשטאָג פאַר דעם טאַטענס קראָם, האָט ער דערזעהען אוֹיף דעם רינג, אַ הוֹיזירער פער* קוֹיפען קליינע בּלעכענע פייפעליך. דאָס פייפען האָט איהם פערלאָקט אוּן ער אין פּאַװאָלינקע צוגעקראָכען צװישען די פֿוֹיערים בּיז צוּ די פייפעליך. ער האָט זיך אַ צייט צוּגעקוּקט, וי פּוֹיערים פּראָבּיערען אוּן קוֹיפען די פייפעליך. דערנאָך האָט ער געװאָלט צוּריק געהען אוֹיף זיין פריהערען אָרט, האָט אָבּער פערגעסען דעם וועג אוּן אָנגעהױבּען וויינען.

נישט ווייט איז געשטאַנען אַ פּוֹיעריש פּאָר פאָלק, װאָס האָבּען קיין קינדער נישט געהאַט. די פּוֹיערטע האָט צוערשט אַבּיסעל רחמנות בּעקוּמען אוֹיף דעם קינד אוּן וועלענדיג איהם - בּערוּהיגען, איהם געקוֹיפט אַ פייפעלע. אָבּער זעהענדיג װי שלמה'לע האָט אַזאַ פערגניגען פוּן דעם פייפען אוּן פערגעסט אין גאַנצען ואוּ ער איז, האָט זי זיך אַבּיסעל איבּערגערעדט מיט דעם פּוֹיער אוּן טאַקי בּאַלד דאָס יוּנגעלע אַרוֹיפגעזעצט אוֹיף דעם װאָגען, אײינגעשפּאַנט די פערד אוּן אַרוֹיספּאָהרען פוּן רינג,

- שלמה'לע איז געווען זעהר אַ שיין קינד. װייל ער האָט

געהאַט אַ גוֹיישע אם, האָט ער פּערשטאַנען אַ בּיסעל אוּקראַאיניש אוּן האָט זיך מיט די פּוֹיערטע געקענט פערשטענדיגען. זי האָט איהם געגעבּען אַ בּייגעל צוּ עסען אוּן זייענדיג מיעד פוּן גאַנצען טאָג זיצען, איז ער בּאַלד אַנטשלאָפּען געװאָרען.

װען ער האָט זיך אויפגעהאַפּט, האָט ער זיך געפוּנען אין אַ פּוֹיערישע חאַלופּאַ, דערקענט, אַז ער איז נישט אין דער היים אוֹן אָנגעהוֹיבּען ויינען. אָבּער די פּוֹיערטע האָט איהם איינגענוּמען, געוויעזען די בּילדער אוֹיף די וענד, געגעבּען אַ שפּיעלעכיל אוּן אַזוֹי אַרוּם האָט ער זיך בּערוּהיגט,

אַזוֹי איז אַװעק אַ טאָג אוּן אַ טאָג. שלמה'לע האַט בּאַלך

: פערגע ען

2 גרעפֿעל

פערגעסען, אַז ער געפונט זיך נישט אין דער היים, פערגעסען אין טאַטע-מאַמע, בּרידער אין שװעסטער. די פּוֹיערְטע איז גענאַנגען אַזוֹי אָנגעטהוּן אוּן האָט גראָד אַזוֹי גערעדט, וױַ זײיער גוֹיישע דיענסט, האָט ער זיך צוּ איהר צוּגעוועהנט אוּן ביסלעכוויין געװפָּרען היימיש. 4

אין דאָרף האָט קינער נישט געװאוּסט, אַז דאָס אִיז 8 יודיש קינד. די כּוֹיערטע האָט דערצעהלט, אַז דאָס איז דאָס קינד פוּן אִיהרס אַ שוװועסטער, װאָס האָט געװאָהנט אין דעָרף, עטליכע מיל וייט אוּן װאָס איז גראָד דעמילט געשטאָרבּען. נאָר דעם גלח פוּן דאָרף האָט זי דערצעהלט דעם גאנצען אמת אוּן געלאָוט דאָס יוֹנגעל אָבּשמדן. ער האָט בּעקוּמען דעם נאָמען סטאַשעק, דער גלח האָט זיך אֲפילוּ צוּערשט געקוויינקילט, דאָס צוּ טהוּן, אָבּער ווען ער האָט אין די צײטוּנגען געלעזען, אַז די עלטערן קעהרען איבּער וועלטען וועגען זייער קינד, האָט ער פּערשטאַנען, אַז די פּוֹיערטע קען אוֹיף זיך האָבּען אַ שעהן פּעקיל פאַר צוּגנבענען א פרעמד קינד אוּן ער האָט מסכּים געווען, פאָרצוּנעהמען די טוֹיפע בֹּסוֹד אוּן צוּ מאַכען אַ שווייג, '

אוּן אַזוֹי זענען אַװעק עטליכע יאָהר. סטאַשעק איז געגאַנגען אין שקאָלע אַרײן, האָט געהאַט אַ גוּט קעפּיל אין דער לעהרער האָט די ,עלטערן" געראָטען, איהם לאָזען שטוּדיערען אוֹיף גלח. אָבּער די פּוֹיערטע האָט נישט געװאָלט זיין דערווייטערט כוּן איהר , זוּהן'. אין דאָרף איז בּלוֹיז געווען א שקאָלע פוֹן צוויי קלאַסען.

האָט זי סטאַשעק געענדיגט, אויסגעלערנט אַבּיסעל לעזען אוּן שרײיבּען אוּן געװאָרען אַ פּאַראָבּעק בּיי זייגנע ,עלטערן".

אַזוֹי איז ער בּיסלעכווייו אוּנטערגעװאַכּסען אוּן קיין מעַנש אין דאָרף האָט נישט געוואוּסט, אַז ער שטאמט אָב פוּן יוּדען.

בי

בּרוּדער אנּן ‏ שוועסטער

מוא ‏ א ןרעי זיר ידי ידי יי .קיז יי לליה :4

פ

בּיז עס האָט זיך אַמאָל, 'סטאַשעק איז שוֹין אַלט געוולן 4 יאָהר, געטראָפען אַ מעשׂה: סטאַשעק האָט זיך צעקריעגט מיט אַ אַנדעדען פּאַראָבּעק. עס איז צווישען בּיידע געקוּמען צוּ אַ געשלעג אוּן בּשעת מעשׂה האָבּען זיי זיך בּיידע צעריסען די קליידער, האָט דער אַנדערער דערזעהען, אַז סטאַשעק איז גאָר געמל'ט אוּן אָנגעהוֹיבּען אין דאָורף דערצעהלען, אַז סטאַשעק איז ‏ אַ זשיד, "

געגלייבּט האָט איהם קיינער נישט. דער גלה האָט יענעם פּאַרראָבּעק צוּ זיך גערוּפען אוּן איהם אָנגעזאָגט זהיר וזהיר, ער זאָל זיך נישט װאַגען, אַרויסצוּלאָזען א פאַלעען שם אוֹיף סטאַשעק. יענער איו אַ עהרליך קאַטוֹיליש קינד, אַי װאָס ער האָט עפיס װי בּיי יוּדען, דאָס קען אַמאָל פאָרקוּמען, אַז מען ווערט אַזוֹי געבּוירען.

סטאַשעק אַלײין האָט זיינע ;עלטערן" געפרעגט, װאָס דעם שם האָט צוּ בּעדייטען. האָבּען זי זיך בּעראָטען מיט דעם גלח אוּן איהם דערצעהלט דיעזעלבּע מעשׂה.

אין דאָרף האָט מען שוֹין אָנגעהיבּען פערגעסען אין דעם גאַנצען עסק, טרעפט זיך װיעדער אַ מעֹשׂה: סטאַשעק איז שׁוֹין אַלט 18 יאָהר, חבר'ט זיך מיט די שיקסעס פוּן דאָרף, טרעכט ער אָן אוֹיף איינער, װאָס ליובעט זיך מיט אַ אַנדערען פּאַראָבּעק, קומט עס װיעדער צוּ אַ שטרייט אוּן וויעדער בּעקומט סטאַשעק צוּ הערען דעם ;זשיד".. איצט ויל זיך, דער שם נישט פערגעסען. װאוּ ער געהט אוּן שטעהט, הערט ער דעם ;ושיד",,. די שיקסעס פוּן דאָרף הייבען איהם אָן צוּ מיידען... קיינע ויל מיט איהס נישט געהען.. פרעגט ער וויעדער בּיי זיינע ;עלטערן? אוּן בּיים גלח אוּן בּעקוּמט וויעדעד דיעועלגע תּשׁוּבה, בּערוּהיגט ער זיר. אָבּער דאָס בּלייבּען אין

ו דארף

18 י. קּרעפּעל

דאָרף װערט איהם מיאוּס, מעלדעט ער זיך אַלס פרייוויליגער צוּם מיליטער..,

זיינע , עלטערן" זענען מסכּים... אוֹיךְ זיי איז די מעשׂה געװאָרען אַבּיסעל פּריקרע, אַ קשיא אוֹיף אַ מעשׂה, מען קען נאָך אין שטאָדט געוואָהר װערען, קענען זיי האָבּען אוֹיִף זיך אַפּעקיל, ליעבּער זאָל סטאַשעק אַװעק אוֹיף א צייט צוּם מיליטער, װעט מען דערווייל פערגעסען.,. סיל װי סיי װועט ער מוּזען דיענען... אַ יוּנג װי א דאָמבֿ .יי

אוּן סטאַשעק וערד אַ זעלנער, איז זעהר געשיקט אוּן האָט שכל, פּאָרט א יוּדישע קאָפּ. װערט בּאַלד געפרייטער, קאַפּראַל אוּן צוּנספיהרער... אַ גאַנצער קנאַקער, אַ אוּנטעראָפּיציער, א שיינער יוּנג. לויפען איהם אין שטאָדט אַלע שיקסעס נאָך, האָט ער 20 געליעבּטעס, קוּמט זיך צוּואַמען מיט די אוני טעראָפיציערען, ווערט אַ בּקי אין װעלטזאַכען, לייענט צייטוּנגען אוּן ווייסט, װאָס אוֹיף דער וועלט טהוט זיך.

װען ער דיענט אָב זיינע דריי יאָהר, האָט סטאַשעק גאָר וועניג חשק צוּריק צוּ קוּמען אין דאָרף אַרין. אין דעם שם, אַז ער איז אַ װד, האָט ער שוֹין לאַנג פערגעסען. אוֹיךְ אין דאָרף האָט מען פערגעסען אוּן ווען ער איז אַמאָל אַהיים געקוּמען אוֹיף, החגא, האָבּען זיך אַלע שיקסעס וועגען איהם געריסען בּיי די צעפּ.,. אָבּער װאָס װעט ער טהוּן אין דאָרף, בּלייבּען אַ פּוֹיער... ניין ! ער איז דאָך שוֹין אַ ּעסערער מענש, אַ אוּנטעראָפיציער.

בּלייבּען בּיים מיליטער, שמעקט איהם אוֹיך נישט. זיין יאָהר אַ נישטפרייער מענש. ווערען אָפיציער קען ער סי וי סיי נישט, ער האָט דאָך נישט שטוּדיערט. אַפּילוּ פעלדוועבּעל קען ער מיט זיינע צוויי קלאַסען פוּן דער דאָרפשוּלע נישט ווערען, האָטשי עֶר פֶערשְטעהט דאָס גאַנצע ענין מיליטער

גַּעֶסעֶר

1: 4

בּרודער און שוועמטער יע

בּעסער פוּן אַלע אָפיציערען פּלייבּען אין שטאָדט, װאָס װעט ער טהוּן אָהן געלד. זיינע ,עלטערן" װעלען איהם פאַר דיעזען צװעק קיין געלד נישט געבּען, װייל זיי ווילען, ער זאָל צוּריק קומען אַהײם, איז נאָר פאַרהאַנען איין בּרירה : פּאָהרען קיין אַמעריקא. בּלייבּט סטאַשעק אַ צייט אין שטאָדט, אַרבּייט שער אוּן ערשפּאָרט זיך דאָס געלד אוֹיף דער הוֹצאה קיין אַמעריקא,

זיינע ,עלטערן* דערצעהלט ער צוּערשט אַ מעשׂה, אַז ער מוּז

נאָך בּלײיבּען אַ יאָהר בּיים מיליטער. כּדי צוּ ווערען פעלדװועבּעל אוּן איז זיי מוֹדיע פוּן זיין פּלאַן, אוֹיס צוּ װאַנדערען קיין אַמעריקא ערשט דעמילט, װען ער שטייגט שוֹין אוֹיף דעם שיף,

.!‏ די פּוֹיערטע וויינט אוּן קלאָגט. אוֹיִפגעחאַװעט אַ זוּהן אוּן איצט איז ער גאָר נעלם געװאָרען. דער פּער האָט אוֹיך עגמת-נפש, זאָגט, אַז דאָס איז אַ עוֹנש דאַפאַר װאָס זיי האָבּען צוגע'גנב'עט אַ פרעמד קינד, אַפילוּ בּיי אַיוּד, אָבּער פאָרט

אַ פרעמדס. מען בּעראָט זיך וויעדער מיט דעם גלח, הייסט

ער מאַכען אַ שווייג. מילא, איז ער געפאָהרען קיין אַמעריקא, אַבּי ער לעבּט. ער װעט דאָרט ,מאַכען"* אַבּיסעל געלד, װעט

ער קומען צוּריק, וי עס מאַכען אַנדערע פּוֹיערים,

אַ צייט בּעקומען די ,עלטערן" אַ בּריעף פוּן סטאַשעק. זֵיי

שרייבּען איהם אוֹיךְ. עס געהט איהם נישט פוֹיגעלדיג. ער

מוּז שווער אַרבּייטען אוּן איז איינמאָל אַפּילוּ קראַנק געװאָרען. בּעטען זיי איהם אַהיים קוּמען אוּן שיקען איהם געלד, אָבּער עֶר װויל נישט. מיט איינמאָל פאַלען זיי בּיידע אַװעק. צוּערשט דער פיער אוּן עטליכע װאָכען שפּעטער די פּוֹיערטע. אַלטע לייט 2לין געווען. דֹאצוּ קרענקונג וועגען דעם זוּהן אין דער פרעמד... גלייט

18 י. קרעפּעפ

בּלייבּט ער דער יוֹרש פוּן דער הייזקע אוּן פעלדער, בּהנוֹת אוּן בּעלי-בּיתישקייט. שרייבּט איהם דאָס דער גלח. הייסט ער אַלסדינג פערקויפען אוּן איהם שיקען דאָס געלד. זיין װאוּנש װערט ערפילט. אַ טייל פוּן געלד בּלײיבּט בּיים גלח אויף , עוֹלמוֹת", ער ווייסט דאָך, אַז סטאַשעק איז נישט דער יוֹרש... אָבּער אויסואָגען קען ער נישט. פאַר װאָס האָט ער בּיז היינט געשוויעגען. אוּן דאַן װעט אפשר סטאַשעק וועלען ווערען װיעדער אַיוּד. אַשאָד אַנשמה צוּ פערליערען פאַר דער קאַטוֹילישער רעליגיע, שווייגט ער ווייטער..,

=(

דער גרוֹיסער שרעקליכער וועלטקריעג איז געקוּמען. די סערבּען האָט זיך פערגלוסט שטיקער פוּן דער עסטרייכישער מלוּכה, די פּראַנצויזען האַבּען געװאַלט בּעקוּמען צוּריק עלזאַס. לאָטרינגען, װאָס די דייטשען האָבּען בּיי זיי אין יאָהף ‏ 1 צוּגענוּמען, ענגלאַנד האָט גוֹרא געהאַט פאַר דער דייטשער קאָנקוּרענץ, עסטרייך האָט געציטערט, טאָמער װעט עס וערען אוֹיס קאַפּעליוּשמאַכער און קייזער ווילהעלם האָט זיך איינגערעדט, אַז ער אין שטאַרקער פוּן דער גאַנצער וועלט צוּליעבּ אַלע די זאַכען האָבּען מיליאָנען מענטשען פערלוֹירען דאָס לעבּען, מיליאָנען זענען געװאָרען קריפּעל אוּן מיליאָנען (זענען פּערװאָרפען געװאָרען איבּער שבעה ימים,

די מלחמה האָט געדויערט איבּער 4 יאָהר אוּן גאַנצע לענדער זענען פערוויסט געװאָרען טוֹיזענדער שטעדט אוּן דערפער זענען געװאָרען חרוב, פעלדער צעטרעטען, בּיימער אויסגעהאַקט אוּן וועגען צערשטערט. מאַנכע שטעדט אוּן דערפער, װאָס אָרוּם זיי האָט יא אָבּגעשפּיעלְט די 6 האָכּען אין פערלויף

פּון

ברודער אנֹן אעעיטער 13

=

פוּן- דער צייט עטליכע מאָל געבּיטען די הערשער. בּאֲלד אין אַריין דאָס מיליטער, בּאַלד דאָס אַנדערע. אוּן יעדער הוֹיפען סאָלדאַטען האָט זיך נוֹקֶם געװען דאַפאַר, װאָס זיין שוֹנא איו (אויך דאָ געװען אוּן אוֹיסגעגאָסען דאָס בֹּאָד האָבּען די אונשולדינע אײינװואָהנער,

אין פּוֹילען איז נאָך צוּגעקוּמען אַ בּעזוּנדערע צרה. נעָך צוויי יאָהר נאַכדעם, װי איבּעראַל איז אַבּגעשלאָסען געװען דער װאַפענשטילשטאַנד, אוּן דער פריעדען, האָט מען נַך דאָ געפירט מלחמה, בּאַלד מיט די בּאַלשעװיקעס, בּאַלד מיט די ווייסע מאוֹת פוּן פּעטליוראַ, בּאַלד מיט דִי היימישע אוקראאינער. אוֹּן דיעזע מלחמה האָט נאָך צע? טערט אוּן חרוֹב געמאַכט דאָס, װאָס עס איז געבּליעבּען פוּן דעב גרוֹיסען קריעג, | == אוֹיך אוּנזער שטעטיל ל. האָט געהאַט אַזא גוֹרל. אין קריעג איז עס 10 מאָל אַרײנגעפאַלען אין רוּסישע הענד אוּן וויעדער בּעפרייט געװאַרען פוּן די עסטרייכער אוּן דייטשען עס האָט אַזוֹיפיעל געליטען, אַז עס איז דאַרין קוֹים געבּליעבּען אַ הייזעל גאַנץ. דערנאָך האָט זיך אָנגעהוֹיבּען אַ נייע סדרה בּאָלשעװיקען אוּן אוּקראַאינער. אוּן װען מען האָט שוֹין געמיינט, צוּ זיין פּטוּר געװאָרען פוּן אַלע צרוֹת, איז נאָך צוּ גוּטער לעצט געקוּמען א פּאַגראָם אוּן פערענדיגט די אַנשיקענישען,

דריי פוֹלע טעג האָט געדוֹיעֶרְט דער פּאָגראָם. כּמעט. אַלע יוּדען, װאָס זענען פערבּליעבּען אין שטעטיל, האָבּען איצט פערלוירען דאָס לעבּען אוּן זענען אוֹיסגעהרגעט געװאָרען מײַט גְרוֹיס אכזריוֹת, מען האָט נישט געשוֹינט קיין קינדער אוּן קיין אַלטע לייט, קיין פרוֹיען אוּן קיין קראַנקע. ער עס איז די ווילדע בּרוּאִים געפאַלען אין די הענד, האָט פערלוֹירען זיין לעבּען. געבּליעבּען זענען נאָר עטליכע יחידים, װאָס זי

14 = קרעפעל איז געלונגען, זיך צוּ פערבּעהאַלטען, אָבּער אוֹיך זיי האָבּען געראַטעװעט בֹּלוֹיז דאָס נאַקעטע לעבּען, ווייל די חוּליגאַנעס האָבּען פערבּרענט אוּן צוּגערוֹיבּט אַלסדינג, װאָס איז זיי געפאַלען אין די הענד,

אוֹיך משה גראָסמאַן איז געפאַלען אַ קרבּן פוּן פּאָגראָם, ער, זיין פרוֹי אוּן זיינע צוויי זוּהן אוּן צוויי טעכטער. זיי זענען אַלע אוּמגעקוּמען אין פייער. זיי האָבּען זיך פערבּעהאַלטען אין קעלער פוּן זיין הוֹיז, װאָס איז געווען פּערהאַקט מיט אַ שווערען אייזערנעם טהוֹיער. די שׂוֹנאים האָבּען אוּנטערגעצוּנדען דאָס הוֹיז אוּן זיי זענען אוּמגעקוּמען אין פּלאַמען אוּן רוֹיך.

געבּליעבּען אין בּלוֹיז, װי דוּרך אַ נס, שוּלמית, װאָס איז שוֹין דעמילט געועןא מיידעל פוּן 20 יאָהר. זי אין געבּליעבּען לעבּען, ווייל אין דער שעה, װאָס דער פּאָגראָם האָט זיך אָנגעהוֹיבּען, איז זי צוּפעליגע געוען בּיי איהרס אַ קריסטליכע פריינדין, װאָס האָט זי די גאַנצע צייט בּעהאַלטען בּיי זיך. ווען אין שטעטיל איז געװאָרען שטיל אוּן שוּלמית האָט געקענט אַרוֹיסגעהען פוּן איהר בּאַהעלטעניש, האָט זי נאָר נאָך געקענט זיין בּיי דער לויה פון די פערקויהלטע גוּפים פוּן איהרע עלטערן, בּרידער אוּן שוועסטער. פאַר גרוֹיס צער איז זי פערפאַלען אין אַ שווערער קראַנקהייט אוּן עס האָט געדוֹיערט חדשים, איידער זי איז געקוּמען צוּ זיך,

געבּליעבּען איז זי בֶּערוּם ובחוֹסר כֹּל. דאָס גאַנצע שטעטיל איז אוֹיך געווען חרוּב אוּן פּעראָרימט. האָט זי דאָרט נישט געקענט מעהר בּלייבּען אוּן מען האָט זי געבּרענגט אין דער נאָהענטער גרוֹיסער שטאָדט, ואוּ מען האָט זי אוֹיס רחמנוֹת גענוּמען אין אַ יוּדיש הוֹיז,

יוּדען זענען רחמנים בּני רחמנים. קיין שוּם פאָלק אין דער װעלט האָט נישט אַזוֹיפיעל צוּ ליידען װי ייּדען. אָבֶּער

אוֹיך

בּונּדעי אוּן שוועסטער 15

אוֹיך קיין שוּם פאָלק האָט נישט אַזעלכע צדקה חברות, אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס אוּן רעטוּנגסקאָמיטעט, וי יוּדען. ווען נאָר עס טרעפט זיך חלילה אַ עת-צרה, איז תּיכֹּף דאָ די הילף. הקדוש. גרוך-הוא שיקט זיין פאָלק תּמיד די רכּוּאה פאַר דער מכּה אוּן אין דערזעלבּער מאָס, װאָס ער האָט אַרוֹיפגעלעגט צרוֹת אוֹיף יוּדען, האָט ער זיי געבּענשט מיט גוּטע הערצער, מיט אָפענע הענד אוּן מיט אַ בּרידערליך געפיהל איינער פאַר דעם אַנדערען,

די פּאָגראָמס אין פּוֹילען האָט אַראָבּנעבּרענגט אין דיעזען לאַנד די גרוֹיסע יוּדישע װעלט-אָרגאַניזאַציעס פּוּן אַמעריקאַ אוּן ענגלאַנד. עס האָבּען זיך געבּילדעט קאָמיטעטן אוּן מען האָט וי ווייט מעגליך די אוּנגליקליכע געהאָלפען, װער עס האָט געהאַט וועלכע קרוֹבים אין אַמעריקא, איהם האָט מען געגעבּען אוֹיף הוֹצאוֹת אוּן געשיקט צוּ זיי. ווער עס האָט גִישט געהאַט, דעם האָט מען פּערהאָלפען צוּ אַ פּרנסה אין דער הייַם, אָדער געשיקט קיין דרוֹם-אַפּריקאַ, קאַנאַדא, ארץ-ישׂראל, שווייץ וכדומה. װען עס זענען פאָריבּער עטליכע חדשים נאָך דעם פּאָגראָם, האָט מען כּמעט אַלע קִרבּנוֹת געהאַט װי עס איז פּערזאָרגט. |

שוּלמית איז געבּליעבּען די איינציגע, ניִשט פערזאָרגטע. זי איז דאָך געוען חדשים לאַנג קראַנק אוּן בּיז זי איז געזוּנד געװאָרען האָט שׁוֹין דאָס קאָמיטעט אין שטעטיל געהאַט פערענדיגט די אַרבּייט אוּן זיך גענומען צוּ פערזאָרגען די פּאָגראָם-קְרבּנוֹת פוּן אַנדערע ערטער, װאָס אוֹיף זיי איז שפּעטער געפאַלען ידער שרעקליכער גוֹרֹל, מען האָט איבּערדעם געמוּזט אַ צייט אַרוּמשרײבּען אוּן זוּכען אַ עצה, בּיז מען האָט שוּלמית געקענט צוּזאַמעננעהמען מיט אַ קאָמפּאַניע מיידליך, װאָס זעגען געפאָהרען סיין אַמעריקא, :

אָנקומעגדיג

18 יי קרעפּעל

אָנקימענדיג אין האפען פוּן נעװױאָרק אוּן. ווערען אַריבּערגעפיהרט אוֹיף דער איינזעל פוּן טרעהרען, עליס אײילאַנד, האָט שוּלמית געטראָפען אַ נייע צרה: די פּוֹילישע קװאַטע איז דערווייל געװאָרען פערפוּלט אוּן מען האָט זי נישט מעהר געװאָלט אַרײנלאָזען. די אַמעריקאַנער האָבּען זיך דערווייל אַרוּמגעקיּקט, אַז זי בּרוֹיכען נישט מעהר אַזוֹיפיעל אײיגװאַנדערער װי פריהֶער אוּן בּעשלאָסען, אַרײנצוּלאָוען יעדעס יאָהר נאָר אַ קליינע צאָהל, וועלכע מען האָט פערטיילט אויף די פערשיעדענע לענדער לוֹיט אַ בּעשטימטען פערהעלטניס, דריי פּערצענט פוּן דער צאָהל בּירגער פוּן יעדען לאַנח, װאָס געפונען זיך שוֹין אין אַמעריקא. אַזוֹי װי דִי עמיגראַציע פוּן פּוֹילען -איז צוּליעבּ דעם קריעג אוּן די שלעכטע צייטען געװוען זעהר שטאַרק, איו די צאָהל פוּן דיעזען לאַנד שוֹין אין די ערשטע חדשים פוּן יאָהר געװאָרען פוּל אוּן מען האָט קיינעם נישט מעהר געװאָלט אַרײנלאָזען. אוּן אַזוֹי איז נגזר געװאָרען אוֹיף שוּלמית, צוּריק געשיקט צוּ ווערען אַ היים,..

אהײם; דאָס איז אָבּער דאָ געװען גרינג צוּ זאָגען וואוּ האָט די אָרימע, עלענדע יתוֹמהַ געהאַט אַ היים ? אָבּער װאָס געהט דאָס אָן די אײינװאַנדערוּנגס-בּעאמטען, פאַר וועלכע זי איז כּלוֹיז געווען א נומעד ווי יעדער אַנדערער אײינװאַנדערער }

װאָלט זי געווען געקוּמען תּיכּף נאָך דעם פּאָגראָם, אַזוֹי װאָלט זי געקענט אָהן שוויעריגקייטען אַרײנקימען, וייל מען האָט פאַר די פֿאָגראָט-קרבּנוֹת געמאַכט אַ אוֹיסנאַהמע. אָבּער שוּלמית איז געבּליעבּען אין דער היים בּערך א יאָהר נאָך דעם פּאָגראָם אוּן די בּעאַמטען האָבּען גע'טענה'ט, אַז מען קען זי נישט פערעכענען פאַר אַואַ קרבּן.

די פערצווייפעלטע לאַגע פוּן דער אָרימער יתוֹמה האָט טיעף בּעריהרט דאָט יוּדישע קאָמיטעט ,הכנסת. אוֹרחים/, װאָס

זיין

כּרודער. אוּן. שוועמטעף. -יכשיי..... ן

זיין אוֹיפגאַבּע איז, צוּ שיצען די יודישע עמיגראַנטען אוּן זיך פאַר זי אָנצוּנעהמען. דאָס קאָמיטעט האָט געבּעטען אין װאַשינגטאָן, מען זאָל שוּלמיַת אַרײנלאָזען איבער" דער קװאָטע, אָבּער עס האָט נישט געפּועלט. אַחוּץ דעם װאָס מען האָט דאָרט בּכּלל זעלטען געװאָלט מאַכען אוֹיסנאַהמען, כּדי די גאַנצע קװאָטע זאָל נישט בּטל װערען, האָט נאָך שוּלמית /נישט געהאַט אין אַמעריקא קיין שוּם קרובים אוּן בּעקאַנטע וּן איבּערדעם האָט מען פאַר איהרעטוועגען נישט געװאָלט מאַכען קיין שוּם ערלייכטערונגען.

-- אוּן אַזוֹי אַרוּם איז די גזירה געבּליעבּען אוּן שוּלמית האָט געמוּזט צוּריק איבּערגעפיהרט ווערען אוּן דער שיף, מיט וועלכער זי איז געקוּמען, כּדי צוּ ווערען צוּריקגעפיהרט אַ היים.

עס איז גרינג צוּ פערשטעהען, וי פערצוייפעלט זי איז געווען. נאָך דעם פּאָגראָם, נאָך דעם פערליערען פוּן טאַטע. מאַמע אוֹיף אַזאַ שרעקליכען אוֹפן, נאָך אַ לאַנגער שװוערער קראַנקהײט, קוּמט נאָך דאָס נייע פּעקִיל. זי האָט פערלוירען יעדע האָפּנונג אוּן בּעשלאַטען זיך צוּ נעהמען דאָס לעבּען בּיי נאַכט. װען אוֹיף דער שיף האָבּען אלע שוין

געשלאָפּען, האָט זיך שוּלמית אַרוֹיסגעגנבעט כוּן איהר קאַבּינעט אוּן אַרױף אוֹיף דער דעק, זוכענדיג אַ שטיל װוינקעל, וואוּ זי װעט קענען אַרײנשפּרינגען אין ים, קיינער זאָל נישט זעהען.

| עס איז געווען אַ פינסטערע נאַכּט, אַ קאַלטער ווינט האָט געבּלאָזען אוּן געמאכט אוּנבּעקוועם צוּ בּלײיבּען אוֹיף דער דעק אַפּילוּ פאַר. די מאַטראָזען. װייט אוּן בּרייט אין נישט צוּ זעהען קיין לעבּעדיגע נשמה. שוּלמית קריעכט שטיל װי אַקאַץ און אָט האָט זי שוֹין דערגרייכט די פּאַרענטשע אוּן שְפָּריבנט אַראַבּ.

14 | י. קרעפּעל

יל יט עמעט

אין דער מינוּט האָט זיך אָבּער בּעװיעזען אַ מאַטראָן אוֹן האַפּט זי צוּריק, ווען זי שװעבּט שוֹין האַלבּ אין דער לופט.

אוֹיף דעֶר שיף איז געװאָרען אַ ליאַרם. פוּן אַלע זייטען זענען אָנגעקוּמען צוּ לוֹיפען די מאַטראָזען, די אַרבּייטער אוּן די אָפיציערען, וי אוֹיךְ די פּאַסאַזשיערען װאָס האָבּען זיף געפוּנען אין דערזעלבּער לאַגע װי שוּלמית אוּן האָבּען 4 ווערען צוּריקגעשיקט,

שולמית אין פאַר שרעק אוּן פערצוייפלונג געפּאַלען חלשוֹת אוּן מען האָט זי געמווט איבּערפיהרען אין דעם שפּיטאָלצימער פוּן שיף, ואוּ דער שיפסדאָקטאָר איז בּיי איהר געבּליעבּען די איבּריגע נאַכט אוּן זי געטרייסט, אַז עס װעט אפשר נאָך זיין מעגליך, איהר צוּ ערלוֹיבּען בּעטרעטען דעם הייליגען בּאָדען פוּן קאָלוּמבּוסעס לאַנד.

דעם אַנדערען טאָג אין דער פריה האָט מען די מעשׂה געמעלדעט די אײנװאַנדערונגסבּעאַמטען. זיי האָבען געהצַט פיעל מיטלייד מיט דער פּערלאָזענער יתּוֹמה, אָבּער זיי האָגּען גאָר נישט געקענט טהוּן, ווייל מען האָט שוֹין פוּן װאַשינגטאָן בּעשטעטיגט די גזירה, זיי האָבּען צווישען זיך בּעראָטען, אפשר קען מען געפונען אַ װעג אוּן איינער פוּן זֵיי האָט זיך דערמאַנט, אַו מען האָט שוֹין אַמאָל אין אַ עהנליכען פּאַ? ערלוױבּט אַ מיידעל צוּ לאַנדען. װען עס האָט זיך געטראָפען אַמעריקאַנער בּירגער, װאָס האָט מיר איהר חתוּנה געהאַט.

-- איך בּין גרייט ! רוּפט זיך אָן איינער פוּן די יוּנגערע בּעאַמטען, סידניי סמיטה. אוֹיבּ דאָס קען העלפען, װויל איך מיט דעם מיידעל חתוּנה האָבּען.

די קאָלעגען גראַטוּליערען איהם אוּן בּעגליק ווינשען זי איהם צוּ זיין ענטשלוּס אוּן דער אָבּערקאָמיסער דערקלערט, אַז אַזוֹי וי סמיטה אִיז -אַ רעגיערוּנגסבּעאַמטער אוּן מען מעג

צִוּ

שי אי = בֿרוּדער אוֹן שװועסטעל / 19 | צוּ איהם האָפּען פערטרוֹיען, איז גענוג, ווען ער. װעט | אוּנטערשרייבּען אַ פּאַפּיער, אַז ער פערפליכטעט זיך מיט דעם מיידעל חתונה צוּ האָבּען אוּן ער מוּן נישט תּיכֹּף שטעלען אַ חוּפּה, װאָס װאָלט אפשר געווען פאַר דעם דערשראָקענען, פערצווייפּעלטען מיידעל נישט אַנגעהנעהם.

- סידניי סמיטה אוּנטערשרײיבּט דאָס פּאַפּיער אוּן שוּלמית בּעקוּמט די בּשׂוּרה, אַז זי װוערט אַרײנגעלאָזט. זי ווייסט נאָךְ אַפּיְלוּ נישט פאַר װאָס, פרעגט אוֹיךְ קיין שֹאלוֹת, נאָר נעהמט צוּואַמען דאָס רעשט בּיסעל פֹחוֹת אוּן פערלאָזט די שיף, וען. סידגיי סמיטה קוּמט זי אַראָבּנעהמען.

די

סידניי סמיטה בּרענגט שוּלמית צוּ זיך אַהיים אין דערצעהלט איהר ערשט, װאָס עס איז געשעהען, ווֹען זי האָט . זיך פוּן איהר אוֹיפרעגוּנג אוּן שמערץ אבּיסעל ערהאָלט, שולמית איז צוערשט שטאַרק איבּעראַשט אוּן קען זיך נישט ענטשליעסען, װאָס צוּ טהוּן. חתונה האָבּען מיט סמיטה, איז ער דאָך אַ גוֹי אוּן זי איז אַ פרומע יוּדישע טאָכטער, דאָס איינציגע קינד פוּן איהרע אוּנגליקליכע עלטערן. װי וועלען זיי געפונען רוּה אין קבר, וען אוֹיך זי װעט אוֹיפהערען צוּ זיין אַ יוּדישע טאָכטער, װען אוֹיךְ זייערע אייניקלעך וועלען זיין גוֹים, | אָבּזאָגען איהר רעטער קען זי אוֹיך נישט. ווען נישט ער, װאָלט זי אפשר שוֹין היינט גאָר נישט געלעבּט דען זי װאָלט דעם צער פוּן דעם צוּריקשיקען זעכער נישט געקענט אַריבּערטראָגען. איהט אָבּזאָגען װאָלט אוֹיך נישט שיין געװעזען. איהט יי צוס ליגנער אין די אוֹיגען פוּן זיינע קאָלעגען אוּן זי | װאָלט

0. י.. קרעפּעל,

װאָלט אפשר געמוזט װויעדער פערלאָזען דאָס לאַנד, װאָס וועט זי טהוּן ? װאָס װועט מיט איהר געשעהען?

אוּן אַזוֹי װערט איהר האַיּץ צוּריסען פוּן אַ שווערען זעלישען קאַמכּף. זי האָט זיך מוֹרא, סידניי אַנצוּפּערטרויען, האָט נישט קיינעם, מיט וועמען זי זאָל זיך בּעראָטען. זי געהט אַרוּם װי אוֹיף דעם עוֹלֶם התּוֹהוּ, עסט נישט אוּן שלאָפּט נישט, ווערט כּסדר בּלאַסער אוּן שװאַכער. י

איהר חתן פרעגט אוּן בּעט, זי זאָל איהם זאָגען, װאָס מיט איהר געהט פאָר. ער שלעפּט זי פוּן איין דאָקטאָר צוּם אַנדערען, הייסט אֹיהר פערשרײיבּען מעדיצינען, יל זי שיקען אין די בּערג, זי זאָל זִיך ערהאָלען אוּן װערט כּסדר אוֹנ. צוּפריעדענער, ווען זי ענפערט איהם תּמיִד מיט האַלבּע ווערטער אוּן עס דאַכט זיך איהם, אַז זי פערשטעהט גאָר נישט צוּ שעצען דאָס װאָס ער האָט פאַר איהרעטוועגען געטהוּן,

איינמאָל, ווען זי האָט װיעדער אַזאַ שװוערען טאָג, ווען זי איז די נאַכט צוּפאַר געפּלאַגט געװאָרען פוּן בּייזע חלוֹמוֹת, יוען עס האָט זיך איהר געדאַכט, אַז אָט שטעהען טאַטע-מאַמע לעבּען איהר בּעטען אוּן קיקען אוֹיף איהר מיט בּייזע אוֹיגען, װען ער האָט זיך װיעדער מיט איהר אוֹיִסגע'טענה'ט אוּן שליעסליך געדראָהט, אַז אוֹיבּ זי װעט זיך איהם נישט ענטדעקען אוּן דערצעהלען, װאָס מיט איהר טהוּט זיך, װעט ער זיך מוזען פוּן איהר אָבּשיידען, ווייל ער האָט אַ חשד. אוֹיבּ זי איז נישט פערליעבּט אין א אַנדערען נאָך פוּן דער היים - דעמילט פאַסט זי זיך אַ האַרץ אוּן דערצעהלט איהם איהר שווערען נשמהיקאַמפּף,

סידניי סמיטה הערט זי רוּהיג. אוֹיס אוּן פערקלערט זיך. ער האָט בּיז איצט גאָר נִישט געדאַכט אין דעם, אַז זי איז אַ יודין און ער אַ קריסט. ערשט חייגט דערקענט ער, אַז

7 א אַװויִשען

עריא יע אי

בֿרנדעו אנן שוועסטעל 21

צווישען זיי בּיידע איז פאַרהאַנען אַ טיעף װאַסער, װאָס מען. דאַרף עס איבּערשרייטען. ער אַליין איז אַפִּילוּ אַ פרייזיניגער מענש, עס איז בּיי איהם קיין חילוק יוּד אָדער קריסט. אָבּער ווען בּיי איהר איז דאָס אַזאַ שווערער עסק, ער ווייסט, צי וועלען זיי קענען לעבּען אין פריעדען 1 אפשר איז גאָר נישט. גלייך, זיי זאָלען זיך פערבּינדען פאַר דעם גאַנצען לעבּען!

אוּן איצט װוערט אוֹיךְ ער געפּלאַנט פוּן אַ שווערען - זעעלישען קאַמפּף. װאָס איז צוּ טהון? זי איבּערלאָזען. װעט, עֶר האָבּען געבּראָכען זיין װאָרט אוּן װאָס פאַר אַ פּנים ועט ער האָּבּען פאר די קאַלעגען. אוּן װאָס װעט מיט איהר געשעהען? התונה האָכּען מיט איהר געגען איהר ר װעלען זיי בּיידע האַבּען א פערשטערט לעבּען. /

צר בּעכיהט זיַך איבּערדעט, זי אַבּיסע על צר בּערוהיגען.

-- מיר האַצען צייט - זאָגט ער - מיר מוּזען נאָך נישט אַזוֹי גיך חתונה האָבּען. מיר. וועלען װאַרטען, צּיז דוּ'װעסט דיך בּערוּהיגען אוּן קענען מיט אַ קלאָרען שׂכל דיר די זאַך איבּערלענען. אוֹיך איך װעל נאָכקלערען איצּער דעם ענין אוּן זוכען אַ עצה. אפשר װעלען מיר געפונען אַ װעג, עס. זאָל זיין גוּט פאַר אונזן בּיידע,. ו

שוּלמית איז איינפּערשטאַנדען. פוּן דעם טאָג אָן לעבען זי נישט מעהר װוי חתן כּלה, נאָר װוי צוויל בּעקאַנטע. זי פאַר זיך אוּן ער פאַר זיך קלערען שטענדיג, װאָס װעט זיין ? אָבּער זי רעדען נישט דעריבּער אוּן בּעמיהען זיך, צוּ בּעהאַלטען די געדאנקען איינער פאַר דעם אַנדערען,

אַזזֹי געהט ויעדער אַװעק אַ צײט. שוּלמית האָט זיף דערווייל אַבּיסעל בּערוהיגט. זִי האָט בּעקוּמען אַפּעטיט, האָט געגעסען אוּן געשלאָפען אוּן אָוגעהויבּען. צוּ בּפיהען װי א שעהנע רוֹיז. דיי האָט זי די גאנצע צייט געהאלטען בּײַ זיך מעהר

צוליעב

א קועפעל 1 : צוּליעבּ רחמְנוֹת. פערליעבען זיך אין דעם קראַנקען, ויינענדיגען מיידעל, דאָס װאָלט נישט געווען קיין נאַטירליכע זאַך. איצט אָבּער, ווען זי האָט אויפגעבּליהט, האָט ער צוּ אִיהֶר געפאַסט אַ שטאַרקע, ליידענשאַפטליכע ליעבּע און עס האָט זיך איהם אוֹיסגעדאַכט, אַז ער װעט גאָר נישט מעהר קענען לעבּען אֶהן איהר.

איבּערדעם האָט ער פוּן צייט צוּ צייט וויעדער אָנגעהוֹיבּען צוּ רעדען וועגען זייער צוקינפט,

אוּן שוּלמית האָט זיך אַבּיסעל בּערוּהיגט און אוֹיך זי האָט אָנגעהוֹיבּען צוּ קוּקען אוֹיף סידניי מיט אַנדערע אוֹיגען, ער איז נישט מעהר געווען בּלוֹיז איהר לעבּענסרעטער, וועמען זי איז שולדיג צוּ דאַנקען, נאָר איהר געליעבּטער. אוֹיך זי האָט געפיהלט, אַז זי װאָלט אָהן איהם נישט געקענט לעבּעף

זי איז דערווייל בּעקאָנט געװאָרען מיט דעם אַמעריקאַ: נישען לעבּען אוּן האָט געוואוּסט, אַז דאָ מוּ מען נישט דווקא חתונה האָבּען אונטער דער חופּה. אָדער אין דער קירכע. מען קען חתוּנה האָבּען ציוויל אוּן ער קען זיך בּלייבּען אַקריסט אוּן זי אַ יוּדיש קינד. מען קען אוֹיךְ געפונען אַ װעג, צוּ ערציהען די קינדער וי מען וויל.

אוּן אַזוֹי האָבּען זיי זיך װיעדער אַמאָל אויסגערעדט צווישען זיך אוּן זיך געאייניגט אוֹיף דעם פּלאַן, אַז יעדער פוּן זיי זאָל בּליִבּען װאָס ער איז. אוֹיבּ גאָט װעט זיי שענקען קינדער, זאָל דאָס ערשטע קינד ערצויגען ווערען יוּדיש, די אנדערע קריסטליך, בּאוֹפן זה האָט שוֹין שוּלמית געקענט זיין זיכער, אַז דאָס אייניקעל פוּן איהרע עלטערן װעט נישט זײַן קיין גוֹי אוּן זי װעט קענען האַלטען הייליג דאָס אַנדענקען פוּן טאַטע-מאַמע.

זי

בּוודער און שוועסטער 25

זיי האָגען איבּער געשמועסט אַלסדינג אוּן עשלאָסען, אִין עטליכע װאָכען אַרוּם צוּ האַלטען די חתונה

ה,

די גאַנצע צייס, װאָס שוּלמית אוּן סידניי האָבּען וזיך ּעקענט אוּן געלעבּט אין איינעם, האָבּען זיי קיינמאָל גישט געשמוּעסט פוּן זיך.

שוּלמית האָט נישט געקענט די לעבּענסגעשיכטע פוּן איהר חתן אוּן סידניי האָט ניט געװאוּסט, װאָס מיט זיין כּלה אין בּיז צוּ דעם טאָג, װאָס זי איז אָנגעקוּמען אין נעװײאָרק, געשעהען. אוֹיף אַזוֹיפיעל איז איהם געװען בּעקאָנט, אַז זי שטאַמט פוּן פּוֹילען, אַז איהרע עלטערן זענען געהרג'עט געװאָרען אין אַ פּאָגראָם אוּן אַז זי איז געבּליעבּען אַ אָרימע, עלענדע יתוֹמה. '

ער האָט קיינמאָל נישט געװאָלט אויפרייסען איהרע װואוּנדען אוּן זי אוֹיספרעגען, װאָס אוּן וען. אוֹיך שוּלמית האָט געװאָלט װאָס מעהר פערגעסען אין איהר טרוֹיעריגער פערגאַנגענהייט אוּן געדאַנקט גאָט, אַז סידניי פרעגט זי נישט אוּן זי דאַרף נישט נאָך אַמאָל דערצעהלען איהר פּעקיל צרוֹת,

ווען זיי האָבּען שוֹין געמאַכט די הכנוֹת צוּ דער חתונה, האָט סידניי בּיי איהר גענוּמען איהר פּאַס אוּן איהרע אַנדערע פּאַפּיערען אוּן דוּרכלעזענדיג זיי, ווערט ער איבּערראַשט.

- זעה נאָר זעה!-- זאָגט ער צוּ זיך - מיין כּלה אין גאָר אַ לאַנדסמאַן פוּן מיר, זי שטאַמט פוּן דערזעלבּער געגענד, װי איך! :

סידגיי אי נִישט געווען קיין געבּוירענער אַמעריקאַנער,

אויך

21 = קרעפּעל

זט דירי :ןיי 205 8 8:8:4:58:40,:- 4 0::8250:4.

אוֹיך. ער איז געווען פוּן פּוֹילען . אוּן קיין אַנדערער, װי אוּנזער בּעקאָנטער סטאַשעק,

ווען ער איז געקוּמען קײַן אַמעריקאַ האָט ער די ערשטע צייט שװוער אוּן בּיטער געאַרבּײט. נישט איינמאָל האָט ער געשלאָפען אוֹיף דער גאַס אוּן געליטען הוּנגער אוּן דאָרשט, זיין גוֹרל איז געווען וי דער גוֹרל כּוֹך לע איינװאַנדערער, װאָס פרשטעהען נישט די שפּראַכע פוּן לאַנד אוּן װערען אוֹיס- געבייטעט פון די אַרבּײטגעבּער.

אָבּער סטאַשעק איז פוּן דער היים געווען א גרויסער עקשן אוּן א אײיגגעשפּארטער יונג. ליידענדיג הוּנגער האָט ער אָבּנעשפּאָרט די לעצטע סענט אוּן זיך געהאַלטען אַ לעהרער פאַר ענגליש. װען ער האָט שוֹין די שפּראַכע אַבּיסעל פּערשטאנען, האָט ער בּעזוּכט צוּערשט א אָבענדשולע, דערנאָך, ווען ער האָט בּעקומען דאָס בּיטעל ירושה כּוּן זיינע ,עלטערן", האָט ער אוֹיפגעהערט צוּ אַרבּײטען אוּן זיך גענוּמען פלייסיג שטודיער ען, אט |

אַ אייזערנעם מוֹח, א יודישען קאָפּ האָט ער געהאַט אוּן אַזוֹי האָט ער בּאַלד געמאַכט גוּטע פאָרשריטע א אין אַ פּאָר יִאָהֹר ענדיגען א העכערע שוּלע.

ער איז דערווייל געװאָרען אַ אַמעריקאַנישער בּירגער אוּן אָנגענוּמען דעם עכט אַמעריקאַנישען נאָמען סידניי סמיטה,

ווען דער וועלטקריעג איז אוֹיסגעבּרעַכען אוּן אַמעריקאַ האָט זיך אַריינגעמישט, האָט זיך סידניי געמעלדעט אַלס פרייוויליגער סאָלדאַט אוּן פערבּרענגט די גאַנצע צייט אוֹיף דעם שלאַבטפעלד, די תּוֹרה פוּן מיליטער האָט ער געקענט פוּן פריהער אָן איּן איז איבּערדעם תּיכּף אװאַנסיערט געװואָרען אוּן געװאָרען אָפּיציער. ער האָט זיך אוֹיך עטליכע מאָל אוֹיסגעצייכענט אוּן עקומען מעדאַלען פאַר זיין גבוּרה, נאָך

| בֿרודער אוּן שוועסמער 98 נאָך דעם ענדע פוּן קריעג האָט מען איהם אַלס דאַנק פּאַר זיינע פערדיענסטען געגעבּען די שטעלע אַלס בּעַמטער פאַר אײינװואַנדערוּנג, אין זיין אַמאָליגען פאָטערלאַנד האָט סידניי דערוייל אין גאַנצען פערגעטען. ער האָט דאָרט קיינעם נישט געהאַט, קיין קרוֹב, קיין גוֹאל, אַפִילוּ קיין גוּטען פריינד, געווען איז ער אַ עסטרייכישער צוּנספיהרער. הײינט איז נישטאָ קיין עסטרייך. מיט דער נייער פּוֹילישער מלוּכה פערבּינדעט איהם גאָר נישט. װאָס געהט דאָס איהם אֶן 7 ! = אוּן פּלוּצים ווערט ער דערמאנט אין זיין אַלטער היים, - = אָט דאָס שטעטיל ל, פוּן װאַנען זיין כּלה שטאַמט, אין דאָך געווען נאָהענט פוּן דעם דאָרף, אין וועלכען ער האָט געלעבּט, ער אי אַלזאָ אַ נאָהענטער שכן פוּן איהר. אוּן איצט איז ער געװאָרען פעראינטערסיערט אין דער אַלטער היים אוּן אָנגעהוֹיבּען אוֹיסצוּפרעגען בּיי שולמית איבּער איהר פּאָטערשטאָדט אוּן איבּער איהר פאמיליע. | = שולמית איז דאָס לנמרי נישט געווען אַנגענעהם. זי איז געווען גליקליך, אַז זי קען פערגעסען אין די אַלטע צרוֹת אוּןְ אָנהוֹיבּען אַנייעם לעבען. אָבּער װען סידניי האָט זי געבּעטען, איהם צוּ דערצעהלען איהר לעבּענסגעשיכטע, האָבּען זיך בּיי איהר דערװועקט די בּענקשאַפטען נאָך טאַטע-מאַמע, בּרוּדער אוּן שוועסטער אוּן וי האָט איהם דערצעהלט אַלסדינג בַּארֹיכוֹת, יי זי האָט איהם אוֹיך דערצעה?ט, וי ווייט זי האָט געװואוּסט, פּוּן איהר פערשוואונדענעט קליינעם בּרידערל שלמה'לע, װאָס איז נעלם געװאָרען װי אַ שטיין אין װאַסער, פוּן דעם צער פוּן איהרע עלטערן, זייער יאָהרענלאַנגען וויינען אוּן קלאָגען. זי האָט דאַכּיי אָבּגעזיפצט אוּן געזאָגט: ער ווייסט, אפשר לעבּט

26 : קרעפעל

לעבּט ער נאָך גאָר ערגיץ, מיין בּרוּדער שלמה, נאָך וועלכען מען רוּפט מיך שוּלמית,

שוּלמית איז געווען אַזוֹי פערטיעפט אין איהר ערצעהלוּנג, אַז זי האָט נישט בּעמערקט, װי סידניי װוערט װאָס אַמאָל אויפגערעגטער אוּן בּלאַסער,

אוּן זיין זכּרוֹן האָבּען אָנגעהוֹיבּען אוֹיפצושטייגען בּילדער פוּן זיין יוּגענד,

אָט שטעהט פאַר איהם דאָס בּילד פוּן דאָרף, מיט די פּאַראָבּקעס, װאָס שרייען איהם נאָך , זשיד". אָט זיינע ,עלטערן", בּיי וועלכע ער פרעגט, װאָס דאָס האָט צוּ בּעטייטען אוּן וי זיי בּערוּהיגען איהם,

אָט שטעהען פאַר איהם ווייטער די דאָרף-שיקסעס, װאָס ווילען מיט איהם נישט פערקעהרען, ווייל ער איז אַ יוּד...

אוּן אָט דערזעהט ער וװיעדער אין דער פאַנטאַזיע עפּיס אַ יוּד מיט אַ בּאָרד אוּן פּאוֹת אוּן אַ יוּדענע אין אַ בּרייט שװאַרץ קלייד אוּן אַ געװעלב אוּן פּוֹיערים מיט פיהרען אוּן אַ הוֹיִזירער - מיט פייפעליך אוּן אַ דאָרפישע חאַלוּפּע מיט בּילדער אוֹיף די ווענד אוּן זיין אֵם מיט איהר רוֹיטער פאַטשיילע אוּן עפּיס אַ קליין יונגעלע אוּן אַ קליין מיידעלע...

װאָס מעהר ער שטרענגט אָן זיין זכְּרוֹן, אַלץ קלאָרער זעהט ער פאַר זיין פאַנטאַזיע דאָס בּילד פון זיין יוּגענד אוּן װאָס עס האָט זיך מיט איהם איבּערגעטהוּן.

אַלסדינג איז פערווישט אוּן פערדעקט וויי מיט אַ נעפּיל. זאָגען אוֹיף זיכער, אַז עס איז טאַקי אַזוֹי געווען, דאָס קען ער נישט. עס קען זיין, אַז די ערצעהלונג פוּן זיין כּלה האָט צערייצט זיין פאַנטאַזיע אוּן וייזט איהם בּילדער, װאָס זענען קיינמאָל נישט געווען אוֹיף דער װאָהר, :

אָכּער דער געדאַנק לאָזט איהם נישט רוּהען. ער װערט

גערװועז

*+

פוגדער און שוועסטעו 7 טגינייר אי דיי יי הדירי יי 4 גנע :רענ טע :עד 0220 גערוועז אוּן צערשטרייט, שטענדיג פערקלערט, הערט קֹים װאָס מען רעדט צוּ איהם. טהוּט אַלסדינג מעכאַניש אוּן ווערט געטריעבּען אוּן געיאָגט וי פוּן בּייזע רוּחוֹת,

שוּלמית בּעמערקט, װאָס מיט איהר חתן געהט פאָר, אָגּער זי קען זיך די פערענדערונג אין זיין גאַנצען וועזען נישט דערקלערען. ערשט איז ער געווען אַזוֹי פרעהליך און האָט זיך געפרעהט אוֹיף דער קוּמענדער חתוּנה וי אַ קליין קינד, אוּן פּלוּצים אַזאַ שינוי. אפשר איז ער קראַנק;! אפשר האָט ער פּלוּצִים חרטה בּעקוּמען?

איצט פּלאַגט זי איהם מיט איהרע פראַגען, װאָס עס איז געשעהען. אָבּער ער גיבּט איהר אוֹיסווייכענדע אַנטװאָרטען, ער ווייסט אַלײן נישט, װאָס ער זאָל טהוּן. איהר אוֹיסזאָגען דעם אמת, אפשר איז ער זיך גאָר טוֹעה, װעט ער אוּמזיסט צערשטערען דאָס לעבּען פוּן זי בּיידע. ויעדער מאַכען אַ שווייג אוּן געהען צוּ דער חתונה. אפשר איז עס פאָרט אמת, וי קען ער חתוּנה האָבּען מיט זיין אייגענער שװעסטער ?

פיעל צייט האָט ער נישט צוּם פערליערען. די חתונה זאָל שׁוֹין פאָרקוּמען. זאָל ער זאָגען אַז ער איז קראַנק, װאָס װעט ער געואוּנען? איינמאָל מוּז ער דאָך אַריסבּעקימען דעם אמת, :

עס איז נאָר פאַרהאַנען איין װעג: ער מוּז זיך אַריבּערחאַפּען קיין פּוֹילען אוּן דאָרט נאָכפאַרשטען. אפשר װעט ער דאָרט קענען ענטדעקען די װאַהרהײט.

אוּן ער קוּמט פּלוּצים אַהיים אוּן דערצעהלט זיין כֹּלֵה, אַז ער װוערט געשיקט פוּן דער רעגיערוּנג קיין דאַנציג, כַּדי דאָרט ערלעדיגען געוויסע ענינים פוּן דער אײנאָרדערונג קיין אַמעריקא. שוּלמית

0 = קרעפֿעל.

שולמית ווערט דערשראָקען. װאָס איז דאָס פאַר אַ נייע מעשׂה,. גראָד עטליכע טעג פאַר דער חתונה ?

אָבער סידניי בּערוּהיגט זי, דאָס איז שׁוֹין א אַלטע מעשׂה. זייט אַ צייט פּערלאַנגט מען פוּן איהם, ער זאָל אוּנטערנעהמען די רייזע. ער האָט זיך אָבּער בּעמיהט, מען זאָל איהם דאַפוּן בּעפרייען, דאָס איז אוֹיך געװוען די סיבּה, װאָס ער איז אין דער לעצטער צייט געווען אַזוֹי פערטראַכט אוּן פערקלערט. אָכּער היינט איז געקוּמען פוּן װאַשינגטאָן דער שטרענגער אוֹיפטראָג, אַז ער מוּן פאָהרען. עס העלפען קיין שוּם טענוֹת... : -- זיי רוּהיג מיין קינד - בּעט ער זיין כּלה -- די גאַנצע מעשׂה װעט דוֹיערן ק ים עטליכע װאָכען. איך האָבּ אין דאַנציג צוּ טהוּן בּלוֹיז אַ קורצע צייט. בּאַלד װעל איך װיעדער קוּמען אַהיים אוּן מיר וועלען חתונה האַבּען, דאַפאַר, װאָס איך פּאָהר איצט, װעל איך בּעקוּמען עטליכע װאָכען אוּרלוֹיבּ נאָך דער התונה און מיר װעלען קענען פערלעבּען די האָניגװאָכען צוּזאַמען אין פריידען. :

וועלענדיג נישט וועלענדיג מוּז זיך שוּלמית בּערוּהיגען און סידניי פּאָהרט מיט דעם ערשטען שיף, װאָס געהט קיין דאַנציג, אבּ,

(

דאָס דאָרף, אין וועלכען ער האָט פערלעבּט זיין יוגענד, האָט סידניי געטראָפען כּמעט אין גאנצען צערשטערט. אוֹיך דאָס דאָרף איז געפאַלען א קרבּן אין דער צייט פוּן דער נילחמה,

קוֹים עטליכע האַלוֹפּקעס זענען נאָך געשטאַנען,. זָאָס

אלטק צערקעוו אוּן דער צווינטער, דִי

6 6

0 4

1033 ישש צּוגרער. און שוועסטעףי -/- -- יי 20 יי ר ר =

אבי ! פאָר פּוֹיערִים, װאָס זענען געבליעמען זענען איהם געווען אין גאַנצען פרעמד. אָטשי עס זענען אין גאַנצען

. פאָריִבּער בּערך 10 יאָהר זייט ער האָט פּערלאָוט דאָס דאָרף, ; האָט סידניי קיינעם פוּן די דעמילטיגע יונגע פּאַראָבּקעס נישט

געפוּנען, זי זענען געפאַלען אין קריעג אוּן זייערע בינער

פוילען ערגיץ אין די קריעגסגריבּער אין רוּסלאַנד, איטאַליע אָדער סערבּיע, אָדער גאָר ערגיץ אין סיבּיריען.

געלעבּט האָט נאָר דער גלח, וועלכער איז שוֹין געװוען

8 אַלײַער מאַן.

סידניי האָט איהם אוֹיפגעזוּכט, זיך שטעט אוֹן געבּעטען! איהם אויסזאָגען דעם אמת,

דער גלח האָט זיך צוּערשט געקוויינקעלט. אָבּער אַ פּעקיל דאַלאַר האָט איהם געגעבּען חשק, צוּ דערצעהלען דעם אַמאָליגען סטאַשעק די גאַנצע מעשׂה. אָבּער ער האָט בי איהם גענוּמען דִיהאַנד, אז ער זאָל נישט פעראַטען, אַו ער, דער גלח, האָט עפּיס געװואוּסט פוּן דעם ענין.

אין דאָרף האָט סידניי נישט געהאַט װאָס צוּ טהוּן. ער האָט נאָר בּעװכט די קברים פוֹן זיינע ;עלטערן" אוּן

-געלאָוט פאַרעכטען די צלמים אוֹיף זייערע קברים. װי עס ! איז, זיי האָבּען פּאָרט אוֹיסגעהאַלטען אַזוֹי פיעל יאָהר.

דערנאָך איז ער אָבּגעפאָהרען אין -שטעטיל. דאָס שטעטיל -- א חוֹרבה, קוֹים װאָס מען האָט אָנגעהוֹיבּען

אוֹיפצוּבּוֹיען די צעשטערטע אוּן פערבּרענטע הייזער,

יודען גאָר ועניג. כּמעט לויפער פרעמדע. בְּלוֹיז דער

; רב איז נאי. רער אַלטער,

- ס -רבלי האָט איהם בּעזוּכט אוּן זיך געגעבּען צוּ דערקענען. גרויסער

(י.) . קיעפעי

- גרויסער גאָט, װי גרוֹיס זענען דייגע וואונדער !-- האָט דער רב גערופען אוּן געלאָזט תּיכֹּף דעם שמש דאָס גייעס מוֹדיע זיין אין שטעטיל, /

אוּן בּאַלד זענען זיך בּיים רב צוּזאַמענגעקוּמען די פּאָר יוּדען פוּן שטעטיל אוּן געקוקט אוֹיף דעם צוּריקגעקוּמענעם שלמה'לע וי אוֹיף אַ װאוּנדער פוּן הימעל,

אוֹיף דעם האַלבּ צעשטערטען אוּן צעטרעטענעם בּית-עוֹלם האָט סידניי געלאָזט אוֹיפשטעלען מצבוֹת אוֹיף די קברים פוּן זיינע עלטערן, בּרוּדער אוּן שװועסטער. ער האָט אוֹיך געשפּענדעט פיעל געלר פאַר די אָרימע אוּן געלאָזט אוֹיפבּוֹיען דאָס פערבּרענטע בּאָד אוּן דאָס צעשטערטע הקדש..,

אין דער גאַנצער סביבה האָט געקאָכט מיט דער מעשׂה, פוּן אַלע זייטען איז מען געקוּמען אָנקוּקען דעם אַמעריקאַנער, דעם אַמאָליגען שלמה'לע.

מען האָט די מעשׂה בּעשריעבּען אין די צייטוּנגען און סידניי האָט בּאוֹפן זה געפוּנען אַװעג, וי אַוֹי ער זאָל זיין שוועסטער-כּלה מוֹדיע זיין, אַז איהר בּרוּדער לעבּט, ער האָט איהר פּשׁוּט אַרײינגעשיקט די צייטוֹנגען זאָל זי אַליין לעזען אוּן וויסען.

נאָכדעם ווי ער האָט ערלעדיגט אַלע זיינע ענינים, אין ער צוּריק געפאָהרען קיין אַמעריקא,

פוּן די צייטונגען האָט' שוּלמית ערפאַהרען, אַז איהר בּרוּדער לעבּט. אָבּער סידניי האָט בּכּוונה געלאָזט די בּעריכטע אַזוֹי שרייגּען, אַז זי זאָל נישט דערקענען, אַז טאַקי ער איז דאָס איהר בּרוּדער, :

שוּלמית האָט נאָר אוֹיף אַזוֹי פיעל געװאוּסט, אַז שלמה'לע לעבּט אוּן איז אַמעריקאַנער, זי האָט ערװאַרט מיט אוּנגעדוּלד, איהר חתן זאָל קוּמען אוּן איהר העלפען, איהם צוּ זעהען. װען

אל

א שע... י.י

0.2 4.3 0 =

3

בֿרודעל אוֹּן שװועסטעי | 31

זי װאָלט געװאַט פליגעל, װאָלט זי אַריבּערגעפלויגען אין איהר פּאָטערשטאָדט, מיט איהם צוּזאַמענקוּמען.

פוּן שיף האָט סידניי זיין כּלה פערשטענדיגט, אין וועלכען טאָג ער װעט אָנקוּמען אוּן שולמית האָט געצעהלט די שעה'ן אוּן די מינוּטען, בּיז זי װעט איהם זעהען.

שוּלמית האָט סידניי אָבּגעװאַרט בּיים שיף און איהם בּעגריסט מיט גרוֹיס פרייד,

זי האָט איהם תּיכֹּף געװאָלט מוֹדיע זיין דאָס נייעס וועגען איהר בּרוּדער, אָבּער ער האָט זיך אָבּזיכטליך געשטעלט וי פאַר טרוּד אוּן זי נישט געלאָזט קוּמען צוּם װאָרט.

ערשט וען זיי זענען געװען אין דער היים האָט זי פּאַר איהם אויסגעשפּרײט די צייטונגען אוּן איהם אָנגעהוֹיבּען דערצעהלען די מעשׂה,

אָבּער סידניי האָט זי אוּנטערבּראָכען אוּן געזאָגט ,

- אָ, איך ווייס שוֹין אַלסדינג אוּן האָבּ דיר אֲפילוּ דיין בּרוּדער מיטגעבּרענגט קיין אַמעריקאַ!

- אַזוֹי גאָר ! וואוּ איז ער -- האָט שוּלמית געפרעגט איבּערראַשט,

- אָט איז ער ! -- ווייזט סידניי אוֹיף זיך.

- בּרוּדער ! -- שוועסטער ! -- רוּפען בּיידע אוּן פּאַלען

זיך אין די אַרמעי.

עס האָט געדוֹיערט אַ צייט, בּיז שוּלמית האָט זיך בּערוּהיגט אוּן סידניי האָט איהר געקענט דערצעהלען אַלסדינג. זי איז געווען איבערגליקליך אוּן געדאַנקט גאָט, װאָס ער האָט איהר ענטשעדיגט פאַר אַלע בּיזהעריגע צרוֹת. איהר שמערץ איז אָבּער איצט געװוען נאָך גרעסער, װאָס איהרע עלטערן האָבּען דאָס נישט דערלעבט, װען

59 י. קרעפּעל

זייי.2:43:5,

- ווען אונזערע עלטערן זאָלען געווען לעבּען, װאָלסטוּ נישט געקוּמען אַהער אוּן דער אמת װאָלט אפשר קיינמאָל נישט געווען אַרוֹיסגעקיּמען! - האָט זי סידניי געטרייסט. - וי אַזוֹי גאָט ויל, אַזוֹי פיהרט ער. מיר מענטשען קענען נישט אָכּשאַצען זיינע דרכים,.-

דעם אנדערען טאָג איז געװען דער ערשטער װעג סידניי'ס צוּ איינעם פון די ניהיאַרקער רבּנִים, בּיי וועלכען ער איז צוּריק געװאָרען אַיּד אוּן אָנגענוּמען װיעדער זיין יוּדעשען נאָמען שלמה.

ו : א

= אט יא טי יי

| 2 ספרים-האנדלונג שמחה פריינל, פשעמישפ,

4 | ׂ: : יא אק יו 1

=== == = פּראָספעקט. ===--

ו אע שוין אַרױס פון דרוק די ווייטערדיקע העפטען. . פוֹן די בּעוואוסְטע, שטאַרק געלעזענע 4 סעריעם ערצעהלונגען - ! פון בּעקאַנצען זשורנאַליסט און שריפטשטעלעה יונה קרעפּעל א,א, וועלכע האָבּען זיך אַזױ קונה שם געווען אין דִיי ווייטעסטע : קרייזען פון לעוער, .

ז סעהיע: ! | היסטאָרישע הלוג :

21. - מֹשָׁה קוֹלון. 2 סִנְחֲרִיב'ס סוֹף. 23 שִׁלוֹמִית בַּת דִבְרָי. - 4 דו שסירת יי - 0 = 25. דָאן פֶערְנַאנְדָא. 6 דֶער רויבֶּערְהוֹיפְטְמַאן. | 27.. דֶּער. קַאנְטַאנִיסְט. א ט די גֶאלְדֶענֶע דױזָעט. וו =

0 סעריע; ! הטירישע מעשׂיות, .לעגענרען |. און. פאָלקם:

מעשות יט ?600 2

15 ר' צזרי. סְטְרֶעלִיסְקֶער. | 16. ר' נָהוּם בְּרִיאַנְסְקֶער. 17. דִי וּשׁפִיזִין.

8ו. דִי קמִיעַ.

.19 |‏ דער בַּעַל-תְּשׁוּבָה.,.

- 220 דָאס שׁ2 טעטִיל מָאטֶעלֶעי

| 21 די גָאלְדֶענֶע קוּגֶעל.

8.? 504 ,51עוחס12? ,6חטט?י? ג סופ 64 סש)210ש624ץ שש

ו : צ

ַ'!- { /

פערלאג און ספרים:האנדלונג. שׂמחה פהיינף, פשעמישל, -

2. דִי הֶעלְדִישֶׁע חַנָה. וי {

3 דֶער פָאלְקְס-זֶענְגֶעה. = 9 א שי

4 די גֶעשֶנְְטֶע יְאהְרֶעף. ‏ -

5. חֵנָה דִי. שְׁנַיידֶערְקֶע. עיל הצ שים. 7

6 דֶער אֵיינְוַואנְדֶערוּנגָ ִקָאמיפַארְ א טע : --27. אַ יוּדִישֶׁע נְשָׁמָה. | בשע{ 23 אִין אַטְרִינְקֶענְדֶער שִׁיףי? / = ).6 /

:בכ" סעריע: שֶרצעֶהלוננעֶן פוּן דֹעֶת וועָלשמִלְחָמָהוּ. |8. בַּיים בַּארְג סֵינַי. אט יש יש 9 דִי תְּפֵלִי 0. דִיי שְׁפַּיָאנִין. 1 דֶער נִיְקִאלֵייסקִי סָאלְדַאט.. 2. מְקִימִי מֵעָפָו רּל. | 3 דֶער לֶעגְיָאנֶער. 4 דֶער פֶערְרֶעטֶער. 5 דָאס פֶערְטְרִיבֶּענֶע שְׁטֶעטִיל. 6 דֶער סִיבִּירְיַאק.. - 7 דֶער רֶעגִימֶענְטְס-אַרְצְט. 8. דֶער קָאזַאק הַנִגְזֶל. 9. נָאךְּ דֶער שְׁחִיטָה. 0 די בְּכוֹהֶ * 1 דֶער רוּסִישֶער קָאמֶענְנַנְט פּרײן פוּן יעדן העפט 20 גר, גלייכצייטיק איז אויךְ ערשינען די === צויימע איפלאנע ====-. פון די פריהער געדרוקטע 46 הערצעהלונגען.

: . 56 ושעו 6ווסז'ן. תו/טתז 5 14װוז31602א 1 ספיעט

4112 אטוי .ורתי .*

זא 55,654 :5