Skip to main content

Full text of "Midas hadin"

See other formats


ץ חי אקואץ טצפזששטוצ 1 עושזום 6 אט זאו ?זפ אט צ/מדפ 


-2המססג 0א 


אום-/8-פ 11 


ת26196190 10טגסן 


צאפעם. ןעץ אג;1א 1118 
אס1 טע 6011 +}מטשזא 1168 1 תפוסמוצ 


אמ דאטס 8008 4-פוםסזצ 84 110 
455,635 זא , 111:451אג, 


81728א08ס אססט 1001911צ 41 אסנדא א 
5 , , 97 111א א 
86 | 256-4900 413 


86ס. מעדא8ס8צ924800פ1נטסז1צ ציצללעץ 


ע11ך מת0ס? סאזסאשט? מסןאזא 
צע4ג ת8מ1} מתפ1נסםס1צ 1611,/1ם 91818886 אמצטדפ 


!:צט סטסוצסג? פא עו 


171 װ00196) .ם 1106 
107101װ2646 ווטזסזס) 108 שש 1716 
עונווה? ווחנווטווזט) זווסנווש50 סווך 
1ו10111140110 ווזס111/50/:/1 .3 חזחסזחם חווח 1טחכן 
שא1781608 110 
1706 1ז1406 
1וס1011116011 15ו50ז10 141001160118 
1405601 .כו /161 
שא5װו/סז10 86 חווח ווחזםל 
1ו10111140110 זסטוווט? 116116ם10 חוום /רדזסבן 
8 06 פסאטוג? פאא פ5א8מואטוא מאא 
ז16װו6) 008 װ/716015 /חנוסוזםאן 


|סטהמץפ (118010002 ה 15, אסססהסקן 801060 זס ,ססחע 8016 סח'ך 
החזסץ} 65ומ0ס מטחקט/|סס זטס זס! תס/8ז1קפתז סח 1 . צ1וצ680ס הפוססוצ וס 
.151861 ,װװ16105216 01 1ת11202 601161/' 211154 160סת סח עט תק/069 8 


פוז צזזסקסזקן (10161160408 סת8 ר קוזץקסס סו} 169060/8 ז60/6) אססם װפ5ו100} |גמסזגצז סח'ך 
ת1ה0000 0110טק סון} ת1 ז6ח:61 15 4016 115 ,16086שטסותנא זטט 01 0651 16} 10 .פאססט זטס תו 
-106001164 06 תהס ש110146 0 ק1צעקטס +ת96עטס טת הנה טו זט} אזסעצ תההוקזט תה 15 11 זט 
- 0065 סח א שוסתא טסץ 1 זס - אזסעו פוח} ס} זווקוזץצקסס 6צ200 תג סוסת טסץ 16 
קעט.61װ18ט60ץז61811211/008 21 11גוםס צט עס ,153א 413-256-4900 84 סתסתק צט פט 6004264 16856קן 


158:4:0-657- )003+ 


1 


ש. 


: 


צן 


די 


: : יש . שי 
: 
וַ ? 
= . 
: 6 י ו ' 
: 6 : "/ 
* ֹש י אי י 
. ו * 
: 0 : 0 1 
=+ צ ג א 9 : } ' 
וז ּ 0 0 י 4 אי 4 : : 8 א 
/ יז : : : : םֹ 


. י:,2.,,,2.,,.,,,, ,גע ֵתָ?,?,,.?, ,,,, , , ,  ."‏ זי יק 


ד. בּערגעלסאָן -- מידאס-האַדין 


01א289 0094 6 2517 }גאסודגאאטזאן - 
:8 8401 8181184, 1ץ 
7 אואפהט 57 4445 4186 8880 .אד 
.אמאא8.,08ט0, זא קהזאסועא 


סשוחסז! }סחזם!ח! סח) עס 260וווסוס 
חזסזז פמוסחטז חזוש 2012 חו 
ז660168 אססם חפּוססוץ |החסוזהוו 


3סססטעװז/0618115/סזס. טעוחסזבּ.שטטעט//:קזום - 


ד. בּערגעלסאָן 


מידאס-האדין 


,קוּלטוּר ליגץי' 


קאָאָפּעראַטיווער פאַ 
קיעוו 


רי גיגליאָגראָפישׂע מאַרצייכענינג פון 
דעם בּוּך און רי שיטרען פאַר בּינּליאָ- 
טעק-קאַטאַלאָגן זײנען אָפּגערדוקט אין 


,צייס-שרימט פון דלוק- און אין רעם 
קאֵיסן-רעפּערטואַי* פון דער אוקראַ!- 
נישעי בּוך-פּאַלאַסע 


מעלוּכע- טרעסט ‏ קיעוו - דרוק" 

4, דרוק. װאָראָווסקי גאַס 42. 

בּאַשט. 3725 א.. געדרוקט 4.000 
אָקרליט 1530 


חֹ 

אַף דער האַרמאָשקע האָט געשפּילט זובּאָק, דער אַגענט פון 
קאמינאָדבּאַלקער בּאַזונדער-אָפּטײילונג. דער סליעדאָװאַטעל אַנדרע- 
יעוו, א לאַנגער, פױלבּלעכער לעבּ-יונג, האָט, זיצנדיק אַקעגן, צו- 
געקלאַפּט מיט די אָפּצאַסן פון די לאַקירטע שטיול, ואָס אַף 
זיינע דאַרע, אויסגעצויגענע פיס. ער האָט געקלאַפּט גרינג, נאָר 
אַפן טישל לעבּן דער הייסער איזערנער הרובּע האָט זיך דאָך 
געזעצט דער קליינער בּרענענדיקער לאָמפּ; ער האָט געפייפט 
זייער הילכיק אין דער נאָז אַרין, פּונקט װי עס פייפט אַ גראַ- 
מאָפאָן. דאָס איז געווען זיינע אַ בּאַזונדערע קענטעניש --נאָכ- 
מאַכן א גראַמאָפאָן. 

דער דריטער מאַנסבּל-- דער קלײנװוּקסיקער מאַטראָס איגו- 
מענקאָ האָט ניט גערוט: אַלע וויילע איז ער געלאָפן אין פאַר- 
שנייטן פינצטערן הויף אַ קוק געבּן, צי די אָנגעזאָטלטע פערד 
שטייען און צי די בּאַנאַכטיקע זאַװערוכע האָט זיך געשטילט. 
איצט איז ער געזעסן שטיל אָן אַ זייט. ער האָט געוויזן אף אַ. 
בּענקל, װי מע רייט אַף אַ פערד, ער האָט געזויגן פון זיין קור- 
צער פּײַקע און האָט געשמייכלט ניט מער, וי מיט איינעם אַ 
קנייטש, װאָס אַף זיין לינקער בּאַק; דערדאָזיקער קנייטש האָט 
געהאַט צו זאָגן: 

-- שוין געזען אַזעלכע זאַכן... איך װער ניט ניספּאָעל. 

און אינמיטן צימער האָט געטאַנצט מאַרפושאַ ---אַ הײימלאָזע 
שיקסע, װאָס ראמט אין קאַנצעליאַריע און װאָס טאָמיד, אַז מע 
לאָזט זי אַריין אין אַ בּאַזונדער צימער, זי זאָל דאָרט בּאַזוכן 
און אַרומטאַפּן אַ ניי-אַרעסטירטע פרוי, קומט זי נאָכדעם אַרױס 
צוריק מיט אַ העליש-רויטן בּרענענדיקן פּאָנים און מיט שעמעוודיק- 


5 


פּינטלענדיקע אויגן, גלייך װי מיט דער פרעמדער פרוי אינעם 
בּאַזונדערן צימער האָט זי געטון אַ מאַנסבּלשע און זייער ניט אָנ- 
שטענדיקע זאַך. 

-- ניין.--פאַרענטפערט זי זיך און קנייטשט שולדיק מיט די 
אַקסלען,-- גאָרנישט ניט געפונען... 

איצט האָט זי אונטער די קלאַנגען פון דער האַרמאַשקע גע- 
טאַנצט לאַנג און אָן אָטעם, װוי אין איר װאָלט טאַנצן אַ דיבּעק. 

געװוּסט האָבּן די אַרומיקע, אַז זי האָט אַ מאָדנע שװאַכ- 
קייט -- זי װעט אַזױ טאַנצן בּיז די לעצטע קויכעס, בּיז זי װעט 
אומפאַלן. דידאָזיקע שװאַכקײט האָט אין איר אופגעדעקט זובּאָק, 
דער אַגענט, און בּאַשטאַנען איז זי דערין, װאָס די קלאַנגען פון 
איינעם אַ ניגן האָבּן זי געצװונגען זיך טראָגן אינדערלופט, װי 
דאָס קיצלען אונטער די פּאַכװעס צװוינגט אַ מענטשן לאַכן. 

אַלע וילע האָט װבּאָק מיט אַ פּאָר קורצע האַרמאָשקע- 
אַקאָרדן געגעבּן צוּ וויסן, אַז ער האַקט דעם ניגן אָפּ. דענסטמאָל 
האָט מיט אַ פּאָר קורצע בּאוועגונגען געזאָלט שטיין בּלייבּן אויך 
מאַרפוּשאַ. 

נאָר מיט אַ רעגע שפּעטער האָט ווּבּאָק שוין ווידער געשפּילט, 
און מאַרפושא האָט שוין װייטער געשפּרונגען און איבּעראַנײס 
זיך געטראָגן איבּערן צימער, 

פּלוצים איז מיט מאַרפושען עפּעס געשעען. זי האָט אופגעהערט 
צו טאַנצן. מיט פאַנאַנדערגעפאַלענע שיטערע האָר, מיט אַ ויגנ- 
דיקער בּרוסט איז זי שטיין געבּליבּן אינמיטן צימער. אירע נאַסע, 
גלאנציקע ליפּן האָבּן געציטערט און אירע גלעזערנע אויגן האָבּן 
געקוקט אַקעגן אַף דער װאַנט, געקוקט מיט טומפּער שרעק, וי 
די אויגן פון אַ כאָסערדײע. 

די האַרמאָשקע האָט אופגעהערט צו שפּילן, 

אַנדרעיעוו האָט פאַרבּיסן די אונטערשטע ליפּ, גלייך ער האָט 
עמעצן אומגערן אָנגעטראָטן אַפן פוס, זיינע אויגן האָבּן געפרעגט: 

-- װאָס איז ?... שוין ווידער ? 

און דריי פּאָר אויגן האָבּן אַ וויילע געקוקט אַקעגן צו דער 
װאַנט, װוּהין עס איז מיט שרעק געװוען געװענדעט מאַרפושעס 
פּאָנים, 

-- שאַ, -- האָט אַ הוסט געגעבּן זוּבּאָק.-- שאַ! הער ! הער ! 


5 


די װאַנט האָט אַרױסגעגעבּן טױבּע, טומפּע און שווערע קלעפּ, 
די קלעפּ האָבּן פון אָנהײבּ זיך געדאַכט װייטע, וי זיי װאָלטן 
קומען טיף פון אוּנטער דער ערד. נאָר װאָס מער זי האָבּן זיך 
איבּערגעכאַזערט, אַלץ נעענטער האָט זיך געפילט די אַקשאָנעס, 
מיט וועלכער זיי פאַלן אין דער װאַנט, אַלץ קלאָרער איז גע- 


װאָרן, פונװאַנען זי קומען --דאָס קלאפּט אָן פון זיין צימער 


דער קראַנק-געװאָרענער נאַטשאַלניק און גיט צו ויסן, אַז עס 
איז שוין צען אַזײגער אינאָװנט-- צייט איז, אַז זוּבּאָק, אַנד- 
רעיעוו און איגומענקאָ זאָלן זיך אופזעצן אַף די פערד און זאָלן 
אַװעקרײַטן צו דער גרענעץ היטן די פאַרשנייטע וועגן. 

-- אָן שלאָף, -- האָט אַ זיפץ געגעבּן מאַרפושא, - אָ, גאָ- 
ספּאָדי ... 

אירע כאַסערדײיעדיקע אויגן האָבּן נאָך אַלץ אַרופגעקוקט צוֹ 
דער װאַנט, װי צו אַ הײליק בּילד. אירע נאַסע ליפּן האָבּן זיך 
געשאָקלט, װי צו אַ געבּעט, װאָס קומט פון שרעק : 

-- שוין די דריטע נאַכט... 

נאָר איגומענקאָ דער מאַטראָס האָט שוין געהאט בּייזלעך 
אַרײנגעצױיגן דעם קאָפּ אין די אַקסלען: 

-- אָט אַ נעוויילע,-- האָט ער אַ קלעם געגעבּן די ציין, -- אַ 
צוטשעפּעניש... 

און ער האָט אומצופרידן אַװעקגעדרײט זיין פּאָנים פון דער 
װאַנט. 

דער נאַטשאַלניק איז געווען אַ נייער, אַ יונג אַ ריזיקער און 
אַ בּייזער, מיט א בּאַנדאַזשירטן האַלדז, װי פון אַ געשוויר, מיט 
אַ שווערער, הייזעריקלעכער שטימע פון אַ מענטשן, װאָס האָט 
זיך נאָר-װאָס געלאָזט אויסרייסן טיפע װאָרצלען פון אַ בּאַק-צאָן. 
אַז מע האָט בּאַ אים עפעס געבּעטן, האָט ער געשויגן, ניט גע- 
קוקט אין פּאָנים אַרין, נאָר װען עס האָט זיך אָנגעהױבּן צו 
דוכטן, אַז מע האָט שוין בֹּאַ אים געפּױעלט, האָט ער פּלוצים 
אױיסגעפּלאַצט זייער שווער און אומצופרידן : 

-- טשטאָ וי ?... שוטיטע? 

קיינער האָט ניט געװוּסט, פונװאַנען ער שטאַמט און מיט 
װאָס ער האָט זיך בּאַשעפטיקט פריער. פון אָנהײבּ זיינען אַװעק 
וועגן אים קלאַנגען, אַז ער איז אַ געװעזענער מאַגנאַט, געהאַט 


7 


אייגענע שאַכטעס, געלעבּט אין אַ פּאַלאַץ... דערנאָך האָט מען פון 
זיין געוועזענער רייכקייט זייער פיל און פּלוצים אַראָפּגעלאָזט, כאָטש 
צו , שאַכטעס", איז געבּליבּן, האָט ער ווירקלעך אַ שײַכעס -- ער 
איז אַלע זיינע יאָרן געווען אַן אַרבּעטער אין שאַכטעס--פונדאָרט, 
פון די שלעכטע גאַזן, װאָס אונטער דער ערד, האָט ער בּאַקומען. 
זיין קרענק מיטן געשוויר אַפן בּאַנדאַזשירטן האַלדז. קיין קאמי- 
נאָדבּאלקע פאַר אַ נאַטשאַלניק האָט אים אַראָפּגעבּראַכט די כאַ- 
ווערטע סאשא -- אַ יונגע, אַ מאַנסבּלש-גרױיסע, אן אַרומפאָרערן, אַ 
בּאַפולמעכטיקטע (דיזעלבּע, װאָס האָט דאָ דעם אַלטן נאַטשאַלניק 
פאַר נאַכלאָזיקײט אַראָפּגעזעצט). זיין אויסערלעכע שטומקייט, זיין 
שווערע ריזיקע פיגור האָט זיך דאָ אַף אַלעמען אָנגעלײגט, זי 
האָט געװאָרגן, און די איינציקע האָפענונג איז געווען, װאָס פון 
- נאָך זיין יאָרן-לאַנגער אַרבּעט אין די שאַכטעס איז ער קראַנק מיט 
עפּעס אַ מאָדנער שװערער קרענק און װעט דאָ לאַנג ניט 
אַװעקציען. : 

אַז ער האָט אַראָפּגענומען דעם בּאַנדאַזש פונעם פּאָנים, האָט 
זיך אַרױסגעװיזן, אַז דער האַרטער געשוויר אַף זיין האַלדז און 
אַף זיין נאַקן איז גאָרניט אַזױ גרויס. נאָר אינמיטן בּאטאָג האָט 
געקאַנט טרעפן, אַז זיין פּאָנים און זיינע אויגן זאָלן זיך פּלוצים 
אָנגיסן מיט געלקייט, װי מע װאָלט אין אים דורך אײינעם אַ 
מײַכל אַרײנגעטון אָן אַ שיר זאַפּרען. און דענסטמאָל ליגט ער אין 
זיין צימער בּאַ פאַרמאַכטע לאָדן און ליידט גרויסע ווייטיקן. דענסט- 
מאָל הערט מען דאָ ניט זיין קאָל, און אַלע אָטעמען פריי, יע- 
דערער איז דאַן װידער, וי פאַרן אַלטן נאַטשאַלניק, פאַר זיך 
אַלײן אַ פּאָרעץ און קאָן טוּן, װאָס ער וויל, 

נאָר אָט ווייזט זיך אַרױס, אַז אויך אין די טעג פון זיינע 
שווערע ספּאַזמעס הערט ער זיך צו צו אַלץ, װאָס אין קאמינאָ- 
בּאַלקע טוט זיך, אויך דאן הײיבּט ער אָן געבּן צו פילן, אַז ער 
איז דער נייער נאַטשאַלניק פיליפּאָוװ -- ער גיט אָפּ בּאַפעלן, 

-- איז װאָס ? -- האָט איגומענקאָ אַ פרעג געטון מיט גאַל, -- איז 
גייען מיר, צי ניין? 

מע האָט צום לעצטן מאָל פאַרויכערט או בּאַם פאַרױכערן 
האָט מען אַרײנגעבּליקט איינער דעם אַנדערן אין די אויגן. 

איין בּליק האָט וועגן דעם נייעם נאַטשאַלניק געזאָגט דעם צווייטן ; 


8 


-- אַ קראַנקער פּייגער. 

-- קיין אַרעסטירטע פון דער גרענעץ בּרענגען מיר ניט אַפי- 
לע איינעם, 

-- אַ מאַקע אים אין גאָרגל, 

- זאָל ער אַלײן גיין היטן די גרענעץ, 

-- זאָל ער פוילן. 

אַלע דריי האָבּן מיט פאַרדרוס גענומען זיך אָנפּעלצן, פאַר- 
בּינדן מיט די קאַפּטערס די אויערן און זיך אַרױסרוקן איינער 
נאָכן צווייטן אין זאַװערוכעדיק קאַלטן, פינצטערן דרויסן, 

פון יענער זייט טיר זיינען בּיסלעכװייז אָפּגעשטאָרבּן אומ- 
צופרידענע, פיל מאָל איבּערגעכאַזערטע קלאַנגען -- דאָס האָט דער 
מאַטראָס איגומענקאָ בּייז געשאָלטן פאַר אַלע דריי: 

-- ררראם -- טעררריבּאָם !... ררראָם טעררריבּאָם !... 

אין פאַרשנייטן קאמינאָ-בּאַלקער הויף (אַ קיילעכדיקער הויף 
פון אַ געוועזענעם מאָנאַסטיר אין פּוסטן פעלד), אינמיטן די בַּי- 
מער --אַ סלופּ מיט אַן אייבּיק אויסגעלאַשענעם לאַמטערן 

אַרום לאַמטערן דרייט זיך אַן אײיבּיקער רועך -- אַ װינט; ער 
קלאפּט מיט די. געבּליבּענע שטיקער פון די געפּלאצטע שױבּן, 

און אַרום סלופּ ליידן דריי אָנגעזאָטלטע פערד פונעם בּאַ- 
נאַכטיקן פעלד-שטורעם, 

קאַלטע דראָטן פּאַטשן און שטעכן זייערע לײבּער. 

אַרום די פערד שטױבּט און לופטערט זיך דער שניי; ער 
קומט פונעם ווינקל, װוּ אַ גרופּע אויסגעקרימטע קלויסטער-שפּיצן 
מיט פאַרבּראָכענע צלאָמים שטייט פארכמורעש און װיסט--אַ גרו- 
פּע צלאָמיִם, אַקעגן וועלכע קיינער ציילעמט זיך ניט מער, 

דער שניי רויכערט זיך אונטער די פערדס בּייכער, ער פאַלט, 
װי פון אונטער טויזנטער זיפּן, נאָר אין טונקעלער בּאַנאַכטיקער 
בּלאַסקײט איז שװוער צו ויסן פונװאַנען פאַלט ער --פון אױבּן 
צי פון אונטן, 

-- מיעס, מיעס אַרײנגעפאַלן, -- פאַרמעסט זיך דער ,סליעדאָ- 
װאַטעל" אַנדרעיעוו צו זיין פערד נאָך פון ווייטנס,--ראַז, דוואַ, טרי! 

און מיט אַ שפּרונג פון אַ מענטשן, װאָס װאַרפט זיך אַרײן 
אין קאַלטער װאַסער, בּיייבּט ער ליגן מיטן בּויך אַפן זאָטל פון 


9 


זיין דאַרן שװאַרצן פערד, ער גיט זיך בּעריעש אַ דריי, געפינט 
מיט די פיס די סטרעמינעס און קנאַקט אָפּ אַ פּאָסעק: 

-- , בּוריאַ מגלאָיוּ ניעבּאָ קראָיעט, וויכרי סניעזשניע קרוטיאַ", 

-- נו, װאָס,--פוילט ער זיך אומקוקן און שטרעקט אס 
א האַנט אין אַ פוּטערנער הענטשקע אף צוריק,--מע זיצט, א? 

-- ררראַם טעראַראַם, ררראַם טעראַראַם! 

דאָס מוז איגומענקאָ דער מאַטראָס מאכן א פּאָר געשװוינדע 
האַקאָפעס, בּיז ער כאַפּט זיך אַרוף אף זיין קליינעם מעשוגע- 
וואטן פערדל, 

-- אין אַלע מאַמעס אַרײן,.--ענטפערט ער אַ פאַרשפּעטיקטערו-- 
מע זיצט, מע זיצט! 

ער אָטעמט שװוער: 

-- פיר, אַנדרעיעוו. 

-- װווּהין ? 

אַזש צום וועלדל. 

-- בּיען ! 

איצט רייט מען אַרױס פון הויף, וי אין אַ סעגל--דער שפּיץ 
פון סעגל איז אַנדרעיעו. 

ער מוז פריילעך ענדיקן זיין פּאָסעק: 

-- ,טאָ קאַק זוויער אָנא זאַװאָיעט, טאָ זאַפּלאַטשעט, קאַק 
דיטיאַ", 

ער איז דער סאַמע ווייכער און געלאַסענער צװישן אָט דער 
קליינער כעוורע. 

זיין כאַראַקטער; 

אַן אָפּגעלאָזענער, אַ פוילער, נאָר אַ גרינגער און שפּילעװדי- 
קער--אַ געבּליבּענע יערושע פון זיין אמאָליקן פּריצישן שטאַם. 
ערגעץ-ווּ, טיף אין גאָרג? זיצן בּאַ אים נאָך בּיו איצט אייניקע 
קלאַנגען פון אַ יונגן געפעסטעטן יונקער. 

מיט דידאָזיקע קלאַנגען פאַרװוּנדערט ער אַרום זיך מענטשן, 
איבּערהויפּט בּאַנאַכט, ווען מיט א שיסעריי פון בּראַונינגען קומט 
אויס אָפּשטעלן בּאַ דער גרענעץ אַ גאַנצע שורע יאָגנדיקע פורן. 
אין אַזעלכע פאַלן האָבּן זובּאָק און איגומענקאָ שטאַרק געזידלט, 
מיט ווילדע קוילעס און מיט געשרייען האָבּן זיי אף די איבּער- 
געשראָקענע פורן געמאַכט דעם איינדרוק, װי עס זידלט זיך 


10 


א גאַנצער פּאָלק. אויבּ זיי האָבּן דאָרט בּאַ די פּאַסאַזשירן געטרייסלט 
די טאַשן, האָבּן זיי דאָס געטון ניט צוליבּ זיך און ניט צוליבּן 
געזעץ, נאָר פּאַשעט צוּליבּ דער פרייד, װאָס בּאַ בּורזשויען 
װעלן די טאַשן זיין ליידיק, 

דערפאַר האָט דאַן אַנדרעיעװ געאַרבּעט גאַנץ אָפּגעטײַלט און 
אײיגנאַרטיק. פאַר רייך-געפּעלצטע פרויען, װאָס הויקערן זיך אין 
די װאָגגס, מע זאָל זײיער רייכקייט ניט אַרױסזען, האָט ער 
זיך דאָרט זייער לייטיש פאַרנייגט, ער האָט אַראָפּגענומען פאַר 
זיי זיין היטל און האָט איידל געפרעגט: 

-- מאַדאַם, אַ אוּ װאַס דיענגי יעסט? 

און אַז מע האָט אים געלט געגעבּן, האָט ער ניט געציילט 
און זיך ניט געדונגען, ער האָט זיך װוידער איידל פאַרנייגט און 
האָט געענטפערט ניט פּאָשעט ,מערסי", נאָר טיף פון גומען אַרױס, 
וי אַ פראַנצויז ; 

-- מעג-סי, 

בּיכלאַל איז געווען זייער שווער, ער זאָל אופגעבּראַכט װערן 
און זאָל ארויס פון די קיילים. 

און אָט, אַפילע איצט, אין אָט דער שטורעמדיקער ווינטער- 
נאַכט -- די בּייזע אופירונג פון דעם נייעם קראַנקן נאַטשאַלניק 
האָט אים װײיניק-װאָס גערירט, דענסטמאָל, װען די איבּעריקע 
צוויי, ‏ איבּערהויפט איגומענקאָן, איז זי דערגאַנגען בּיז די 
לעבּער. 

איגומענקאָ האָט געזאָטן. ער האָט אױסגעלאָזט זיין בּיטער 
האַרץ צו זיין קליינעם פערדל, װאָס האָט פריער, בּאַם אַרױס- 
פּאָרן פון הויף, געמאַכט מעשוגענע שטיק, און האָט דעם געטוּן 
דאָס, װאָס ער װאָלט מיט גרויס פאַרגעניגן איצט געטון דעם 
נייעם נאַטשאַלניק--ער האָט שטאַרק געשלאָגן מיט א פויסט איבּער 
דעם פערדלס קאָפּ צווישן די אויערן, און זיינע פיס האָבּן דערבּײ 
אָן אופהער געבּויכקעט לויטן ריטם פון א געוויסער קלאָלע. 

סאָפּקאָלסאָף איז מען אזוי אינדרײַען אַרױס אף פרייען בּאַ- 
נאַכטיקן ווינט. 

אַרום איז געלעגן אַ גלייך פעלד, געלעגן פאַרשאָטן און אומ- 
ענדלעך, וי א ווייסער שניייקער מידבּער. דער שטורעם האָט זיך 
דאָ געטראָגן פון רעכטס אַף לינקס. 


11 


גרויסע פאַרהוילענע הענט האָבּן פריילעך אופגעהויבּן גאַנצע 
הויפנס שניי און האָבּן זיי אויך אַזוױ פריילעך צוריק פון די 
זשמעניעס אַרױסגעלאָזט. 

אַנדרעיעװו האָט אויסגעפונען, אַז פוילן זיך איז אַ גאָלדענע 
זאַך, און אָט אַפילע איצט, ווען דער וינט פּאַטשט אין פּאָנים 
אַרײן און, אָטעמענדיק מיט א פייף, קריכט זיין שפּרינגענדיק 
פערד בּיזן בּויך אין שניי--בּעסער איז דאַן, אַז מע בּייגט אָן 
דעם קאָפּ און מע פאַרמאַכט די אויגן, און זאָל זיין פערד טראָגן, 
װוּהין עס וויל. 

-- איך זע ניט גאָרניט,--האָט ער צו די הינטױגעבּליבּענע 
כאַויירים אָפּגעלאָזט א דעפּעש מיטן ווינט,--פאַרשאָטן אלע ועגן. 

-- פיר, פיר,--האָט אים פון הינטן אָנגעיאָגט אַ שװאַכער ענט- 
פער,---האַלט לינקס, 

לינקס איז געווען װייניקער שניי און מער ווינט. דער געלויף 
פון די דריי רייטער איז דאָרט גלייך איבּערגעגאַנגען אין אַ גע- 
שווינד הינקען. 

און פון אױיבּן איז דער הימל בּאַשטאַנען פון געפּלאַצטע שטוּמע 
בּערג--פון צווישן רויכיקע װאָלקנס האָט נאָכגעיאָגט די רייטער 
א יונגע הינקענדיקע לעװאָנע. די לעװאָנע האָט צוגעהינקט בּיז 
דעם אָנהייבּ פונעם פאַרװײיעטן װעלדל, װוּ די רייטער האָבּן זיך 
אױיסבּאַהאַלטן פון בּאַנאַכטיקן שטורעם און פון ווינט. 

און ערגעץ וייט אין פעלד, בּאַ דער שיין פון דערזעלבּער 
לעװאָנע האָט זיך דער לופט געכאָלעמט אַ גליטשעריי פון פיל 
ישליטנס, א ניסעריי פון לויפנדיקע פערד. 

איצט בּאַ האַלבּער נאַכט איז סאַמע געװוען די צייט דערוף-- 
פּונקט איצט האָבּן זיך גנייוויש גערוקט גאַנצע שײַקעס פוּרן מיט 
די טיף פאַרשנייטע אױסבּאַהאַלטענע וועגן, װאָס קעגניבּער דעם 
װאַלד,.--מע איז דאַרט געפאָרן פונעם נאָענטן שטעטל גאָליכאָװקע 
צו דער גרענעץ, מע איז דאָרט אַזױ געפאָרן נאַכט בּאַ נאַכט און 
זיך געװוּנדערט : 

-- מאָדנע... קיינער היט ניט... פראַנק און פריי.., 


12 


אָט אַזױ איז איינע פון יענע נעכט פאֲ{רבּליבּן בּאַ אַנדרעיעוון, 
זובּאָקן און איגומענקאָן אין זיקאָרן: 

-- א נאַכט פון כאַלױמעס אוּן פוּן פּוסטע גליקן, 

אַז מע איז זיך נאָכדעם איבּערגעשלאָפן, איז מען געװען 
וי כוילעדיק--מע האָט אופגעהערט צו גלױבּן; 

-- געווען די נאַכט, צי ניין? 

נאָכגעבּאָמלט האָבּן זיך בּלױז דער נאַכטס איינצלנע שטיקער, 
זי האָבּן געקיצלט דעם זיקאָרן, 

פון אָנהײיב ; 

די פולע לעװאָנע -- אַ מעשענע זאַך מיט א פּאָנים פון אַ פּײי- 
גער --- שווימט, שווימט. קיין אויגן האָט עס ניט, קוקן ויל 
עס דאָך. 

אַבּיסל שפּעטער : 

דער אָנהײיבּ פון פאַרװייעטן װעלדל אינמיטן אַ שניייקער 
קאַלטער נאַכט. אַז מע איז דאָרט אַראָפּ פון די פערד, האָט מען 
גלייך דערפילט, װי עס גריבּלט אין האַרצן 

איצטיקס מאָל האָבּן גאַליכאָווקער בּאַלעגאָלעס געפירט זייערע 
פּאַרשױנען צו דער גרענעץ מיט אַ פיל נעענטערן וועג, וי טאָמיד; 
זיי זיינען געפאָרן מיט דעם װאַלד, 

נאָך שפּעטער: 

-- לעמעשקע אַנדרעיעוו!., 

איגומענקאָ האָט אים דאָרט מיט היץ אין די אױגן גלייך 
אַרױסגעזאָגט זיין מיינונג: 

-- בּיסט ניט קיין סליעדאָװאַטעל, בּיסט א... ררראַם טעראַי 
בֹּאָם ! | 
ווייל אױיבּ מע האָט אָפּגערעדט ניט צו בּרענגען דעם נייעם 
נאַטשאַלניק קיין אַרעסטירטע פון דער גרענעץ, דאַרף עס בּלייבּן 
אָפּגערעדט. 

נאָר אַנדרעיעװו, אויבּ ער איז ניט שיקער און ניט פריילעך, 
איז ער בּיכלאַל אײינגעשפּאַרט און פאַראַקשנט, אָט װי לאַנג ער 
איז. רעדסטו צו אים, איז װוי צו דער װאַנט. אים גריבּלט אין 
האַרצן מער, וי איגומענקאָן און זובּאָקן. נאָכן אויסגערויכערטן פּאַפּי- 
ראָס ציט ער דעריבּער אַרײן זיין קאָפּ אין די אַקסלען און לאָזט אַרױס 
אַ גענעץ פון אַ געוועזענעם פּאָרעץ, א הויכן מיט א קוויטשעקל. 


13 


אים גלוּסט זיך דאָך כאַפּן בּאַ דער גרענעץ אַפּאָר בּאַלעגאָלעס 
מיט פּאַסאַזשירן... 

-- ווייס איך װאָס !--זאָגט ער,--כאַפּט אים שמאָני, דעם נייעם 
נאַטשאַלניק... 

זובּאָק דער אַגענט קוקט אף אים מיט גאַדלעס אין די בּרעמען, 
װי טאָמיד בּעייס ער בּאַטראכט מענטשן, װאָס זיינען אויװער 
דאָס געזעץ. נאָר אַנדרעיעװן גייט דאָס ניט אָן. זיינע אױגן-- 
אויגן פון א ניט דערקוילעטער שאָף -- קוקן נאָכן גענעץ בּוימלדיק 
און ענטפערן איגומענקאָן:--בּיסטו אַ בּעהיימע, בּרודערקע ! -- שוין 
צייט דיר װיסן; לאַנגװײליק װוערט אינמיטן דער נאַכט א סליעדאָ- 
װאַטעל פון קאַמינאָ-בּאַלקע בּעייס ער דערמאָנט זיך, אַז ער איז 
אמאָל געווען א יונקער... ער מוז עפּעס טון... 

ער הייבּט אָן אַװעקצושפּאַצירן צווישן די בּיימער אין אָנהײבּ 
וועלדל און מאַכט אן אויסזען, גלייך ער האָט עפּעס פאַרלוירן. 
ער פאַרשווינדט און קומט בּאלד צוריק מיט אַ נייס; 

-- נוּ, פאַרשטענדלעך. אַ װעג אָט דאָ בּאַלד צװישן די בַּײ- 
מער -- פרישע שפּורן פון אַ שליטן. 

-- װוּ,, אַ וועג? 

-- נו, מיט איין װאָרט... 

גאָר, גאָר שפּעטער; 

אַװעג אַגאַנעװ. ער ציט זיך אין אָנהײבּ װעלד? שמאָל, 
פאַרטײַעט און ניי. ער איז פול מיט אַזעס. 

עס פאַרדריסט דער איינפאַל צו פאָרן צוּ דער גרענעץ דאַפקע 
דאָ נאָענט, בּאַ קאַמינאַדבּאַלקע אוּנטער דער נאָז-- אַן איינפאַל 
פון גאָליכאָווקער גאַנאָװים-בּאַלעגאָלעס. 

איגומענקאָ זיצט שוין אַפן פערד און יאָגט דער ערשטער 
אַװעק מיט אָט דעם וועג: 

-- איז װאַרט-זשע,---שרייט ער,--ררראַם טעראַיבּאָם... 

אין יענער נאַכט האָט מען געפּאַקט א פורל, װאָס האָט אינ- 
מיטן װאַלד אַראָפּגענײגט פון וועג, אַראָפּגענײגט אזוי פויל, גלייך 
עס איז נאָר אויסן געווען אָפּצוטרעטן דריי רייטער דעם פרייען 
דורכפאָר, 

נאָך דעם ערשטן געשריי, װאָס מע האָט אפן פורל געגעבּן, 
האָט זיך עס אָפּנעשטעלט מאָדנע שווייגנדיק, אונטערטעניק, גלייך 


14 


עס וויל זאָגן :-- נו, אָט... גאָט צו דאַנקען -- ניט אומזיסט געפלאַ- 
טערט דעם גאַנצן וועג... געגלױבּט די גאַנצע נאַכט, אַז אַזױ װעט 
טרעפן. - 

דענסטמאָל איז מען צוגעריטן גאָר נאָענט צום פורל און גענו- 
מען עס בּאַטראַכטן ; 

אַ בּידנע פורל פון נאָענטן שטעטל גאָליכאַָװקע - אַ פּאָשעט 
בּאַלעגאָליש פורל מיט אַ דרײצניאָריקן יינגל -- אַ שמײַסערל און 
מיט אַ יונגער רייך-געפּעלצטער פרוי, װאָס האַלט א צװיייאָריק 
שלאָפנדיק קינד אַפן שויס און איז גלייך אין אַלץ זיך מוידע. 

מע פרעגט זי: 

-- צו דער גרענעץ? 

זי ענטפערט זייער שטיל. זי שאָקלט קאָם מיט די ליפּן: 

-- צו דער גרענעץ. 

אָקאָרשט נאָכדעם הייבּט זיך אוף איר קאָפּ און טוט אַ קוק 
אַף די רײַטער מיט די אויגן -- מאָדנע אויגן, גלייך יעדער איג 
האָט טיף אין זיך נאָך אַ פרוי, און בּאַ יעדער פרוי הענגט דאָרט 
אַ ציילעמל אַף דער בּרוסט, 

זי איז אַ קריסטלעכעי.. 

זי זיפצט ; 

-- ניין. טײַערינקע,--זאָגט זי,.-- קיין שלעכטס װעט איר מיר 
ניט טון,.. איך ווייס: קיין קאַמינאָ-בּאַלקע װעט איר מיך ניט 
פירן. איך קאָן אַזעלכע, װי איר, איך האָבּ זי ליבּ... 


אַף מאָרגן נאָך א שפּעטן שלאָף אַפן טאָג איז מען געװען 
בּייז, וי נאָך אַ בּעשוטפעסדיקער אַװײירע. 

מע האָט געלופטערט די פאַרטשאַדעטע נעשאָמעס אין קאַ- 
מינאַדבּאַלקער פאַרשנייטן הויף--זיך געלופטערט פון דעם שפּיצל, 
װאָס מע האָט בּאַנאַכט אָפּנעטון דעם נייעם קראַנקן נאַטשאַלניק-- 
אים אַפּצעלאָכעס האָט מען די פרוי ניט פאַרהאַלטן. מע האָט זיך 
נאָר אַ גאַנצע נאַכט געדרייט אַרום איר אין װאַלד -- איר נאָכגע- 
ריטן, װי אַ קליינע טיטשקע הינט נאָך אַ צויג, און זי אומגעקערט 
פון גרענעץ, זי אָפּגעלאָזט צוריק אין נאָענטן שטעטל אַרײין, 


15 


איצט איז מען אַלע דריי געװען ניט מער, וי אַ כאָלעם, 
װאָס געדענקט זיך פון בּאַנאַכט, װי דער פרויס אויגן--אויגן מיט 
ציילעמלעך אין די שװאַרצאַפּל--זײ קוקן מיט בּעטלערישן כיין און 
גיבּן אַרױס יעיצערהאָרעדיקע וועקסלען, זאָגן צו אַלדאָס גוטס: 

-- אָט בּאַלד, טײַערינקע... 

-- אָט בּאַלד.., 

זי האָט זיי דאָרט גענאַרט אַ גאַנצע נאַכט... און סאָפּקאָלסאָף 
האָט זי זיי דאָרט אַלע אָפּגעשװינדלט און מיט גרויען טאָג-ליכט 
זיך אַרױסגענאַרט מיט גאָרניט פון זייערע הענט. 

איצט האָט זי דעריבּער נאָך אַלץ בּאַ אַלע דריי פאַרפולט דעם 
זיקאָרן. מע האָט געדענקט די צוויי גרויסע שװוערע קערבּ, װאָס 
זי האָט מיט זיך געפירט, מע האָט געדענקט דאָס פיינע נעקייווע- 
לייבּ, װאָס האָט זיך בּאַהאַלטן אינעם רייכן פּעלץ-- געדענקט מיט 
קלעמעניש, מיט כאַראָטע און געהאַט פאַרדרוס ; 

-- אָט אַ שטיק זאָכערטע! 

-- אָט ווען זי װעט זיך פּאַקן נאָך אַמאָל... רראַם טעריבּאָם. 


ישי 7554 חי 255 


16 


11 


גאָליכאָווקע : 

אַ שטעטעלע, װאָס פאַרבּרודיקט דעם בּאַרג-אַראָפּ אַ קאַרגע 
שאָ פאָרן פון קאַמינאָדבּאַלקע -- אַהין האָט זיך מיט דעם פראָסטיקן 
פרימאָרגן אומגעקערט פון גרענעץ די יונגע פרעמדע פרוי מיט 
איר בּלאַנדן קינד פון אַ יאָר צוויי. 

איר אַרײינפאָר מיטן פרימאָרגן צוריק אין שטעטל --- א שווע- 
רער אַרײנפאָר, גלייך זי װאָלט זיך אויסגעטון בּיזן העמד און 
װאָלט זיך אַזױ בּאַװיזן נאַקעט אַף דער קעלט, נאַקעט פאַר דער 
וועלט, 

שולדיק איז די נאָענטקײט פון קאַמינאָ-בּאַלקע. 

ניט אַזױ קאַמינאָדבּאַלקע אַלײין, װי איר נייער קראַנקער נאַ- 
טשאַלניק -- 

זינט ער איז אַהין אַראָפּגעקומען, פאַרפאָרט מען קיין גאָלי- 
כאָווקע בּלויז בּאַנאַכט און מע פאָרט אַרױס בּלוין בּאַנאַכט. - 

בּאַנאַכט האַנדלט מען מיט שמוגל, | 

בּאַטאָג אָבּער גייט גאָליכאָװקע ניט אַרום, און אַז זי גייט יאָ, 
גייט זי זייער שטיל -- זי גייט אין זאָקן. 

בּאַטאָג דרעמלען פאָרהענגלעך אַף די פענצטער, 

דרעמלען איין די הייזער יענע, װאָס װאַרטן איבּער בֵּיז די 
נאַכט װעט צופאַלן, 

דרעמלען געסלעך אין דרויסן, 

טיילמאָל קלינגט דער קלויסטער אין וייטן ווינקל -- אַן אַל- 
טער קלויסטער, אַ קאַטױלישער. 

עס װערט דאַן מאָדנע: ער איז טויט, טוט דער קלױסטער. 
פּלוצים קלינגט ער. 


חו 


ער ווערט אַנשװיגן, דרעמלט דאַן דער גאַנצער דרויסן. זיין 
אויסדרוק : | 

-- איך זע : ניט קיין אַרײנפאָרנדיקע פורלעך --איך װיל ניט 
קוקן. 

דאָס מידע פורל האָט געהונקען, געהונקען, צילנדיק אין אַ ווינקל. 

דעם פורל זיינען אויסגעגאַנגען די קויכעס. 

עס האָט קאַם צוגעשלעפּט די פרוי צו יענעם זעלבּן הויז, װוּ 
זי איז איינגעשטאַנען נעכטן. און די ערשטע, ער עס האָט דאָרט 
אַ קוק געגעבּן אין פענצטער, איז געווען די בּאַלעבּאָסטע פון יע- 
נעם הויז. צייט איז איר געבּליבּן אַף צו טון צוויי זאַכן : א פּאַטש 
מיט די לאַנגע הענט און אַ געשריי צום מאַן, װאָס צעהאַקט אין 
קיך אַ קעסטל : 

-- אוי, שמועל, זי איז דאָ צוריק... 

נאָר פון שרעק האָט זי ניט געטון גאָרניט -- זי איז ארויס אין 
דרויסן, 

אין גאָליכאָװוקע איז שטענדיק אַזױ : שיקט מען אַפּא מענטשן 
צו דער גרענעץ און מע דערזעט אים נאָכדעם צוריק, האָט מען 
פאַר אים מוירע, וי פאַר איינעם, װאָס האָט זיך אומגעקערט פון 
יענער וועלט, 

די בּאַלעבּאָסטע: 

אַ לאַנגע, אַ דאַרע, אַ יונגע, מיט אַ קאָל אַף רייסן קװאָרים, 
אַז זי רעדט גיך, פאַרשטייט ניט קיינער אַכוץ איר מאַן 

דער בּאַלעבּאָס; 

אויך אַ לאַנגער, נאָר ניט אַזױ דאַר. רעדט צוויי מאָל קלאָר, 
צוויי מאָל פּאַמעלעך -- איינמאָל פאַר זיך, איינמאָל פאר זיין ווייבּ, 
ווייל ער איז אַ מענטש פון יוישער. 

ער האָט ליבּ; 

אַרומגײן אין שטובּ אין קאַמזױל, פאַרמישן מיט זיין אייגענעם 
רעצעפּט דער קו אַ צעבּער און בּעשאַס-מײַסע טראַכטן וועגן זיך 
אַלײין ; 

-- שמועל װאָלציס ?-- דער לײַטישסטער אין גאָליכאָװקע: 
אַלע בּאַרײיסן דאָ דורכפאָרער, איך ניט, ס'אַ ליגן, איך בּאַרייס ניט, 

אַז ער קומט אַרין פון קיך אין שטובּ, איז זיין װײיבּ דאָרט 
שוין ניטאָ. 


18 


דורכן פענצטער זעט ער: 

זי הויקערט זיך אינדרויסן אַף די טרעפּלעך פון גאַניק און 
פאַרשטעלט מיט די לאַנגע הענט דעם נאַקעטן האַלדז, זי ציטערט 
פון קעלט און שאַקלט זיך אַקעגן דער פרעמדער פרוי: 

-- אוי!- לעכערט זי די פענצטער,-- מיר האָבּן געװוּסט, אַז 
ס'וועט אַזױ זיין --איך און מיין מאַן. מיר האָבּן נאָר מוירע גע- 
האַט אייך צו זאָגן.. 

ער קוקט זיך איין : די נעכטיקע פרוי, יענע, װאָס האָט שטרענג 
אַ זאָג געטון : ,רופט מיך ניט פּאַני". און אויגן בּאַ איר מאָדנע : 
קוקט זי אַף דיר, בּעשאַס דו זאָגסט עפּעס, הײבּסטו אָן צו 
טראַכטן : ,עפשער זאָג איך אַ ליגן?". ער זעט, װי שווער די פרוי 

מיטן קינד קריכט אַראָפּ פון װאָגן, און טראַכט וועגן זיין וייב; 

| =-- איז העלף איר בּעסער, דו... בּעהיימע ! 

-- נו יאָ, -- עפנט ער די טיר און. כאַפּט אונטער דער פרויס 
פּעקלען,--מיר, גאָליכאָװוקער, ווייסן... אַז מיר טוען א קוק אַף אַ 
פרעמדן מענטשן, זאָגן מיר גלייך: אָט דער װעט דוּרך די גרע- 
נעץ, און אָט דער ניט. 

און אַלײן פאַרגלוסט זיך אים אַװעקגײן צוריק אין קיך, זיך 
איינמאָסטען דאָרט אַפן סאָפּקעלע אַקעגן פייער, װאָס בּרענט אין 
אויוון, און זיצן.., 

אַזױ איז מיט אים געווען אויך נעכטן, וװען די פרוי איז 
אײינגעשטאַנען בּאַ אים אין שטובּ. אַ מאַדנע שענקייט פון א פרוי: 
אַ קאָפּ געדיכטע האָר, בּלאָנדע, גלאַטע, מיט א גלאַנץ, א קריסטן 
און א שטרענגע אַזאַ --גלייך בּאַ קריסטן זיינען אויך פאַראַן גוטע 
יידן, און אויך זיי האָבּן טעכטער-- שטרענגע טעכטער, װאָס 
פּראַװען טישן... 

און כוץ דעם: אַז צאָלן--צאָלט זי, זי דינגט זיך ניט, 

אַרײנקוקנדיק צום פייער, װאָס בּרענט אין אויוון, טוט ער זיך 
אַ קראַץ: 

-- נעכע, - רופט ער אָפּ זיין ווייבּ צו זיך אין קיך, 

ער האָט פאַרדרוס, 

ער שטייט אָנגעשפּאַרט אָן פּריפעטשיק, וי אָן אַן אַמעד, און 
רעדט צום פּײַער צוויי מאָל פּאַמעלען -- איינמאָל. פאַר זיך, אַ 
צווייט מאָל פאַרן ווייב : 


19 


-- איז, בּעהיימע דו, אַז יענער איז מיד... נאָך אַזאַ נאַכט, 
איז װאָס פאַרגראַגערסטו זי דאָרט, װאָס ?... בּלייבּ אין קיך, זאָג איך, 

איצט איז שטיל,. . 

אין נאָענטן קויטיקלעכן עסצימער לערנט זיך אַרומלויפן דאָס 
בּלאַנדע צװיי-יאָריקע מיידעלע. גרינגע ווייכע שיכעלעך פּאַטשן אַף 
די בּרעטער פון פּאָדלאָגע. 

אַלע מאָל, ווען דאָס קינד פאַרלויפט אין קיך אַריין, רופט עס 
די מוטער צוריק: 

-- קום צו מיר! 

און אַליין זיצט זי דאָרט מיט אונטערגעשפּאַרטע עלנבּויגנס, 
מיט פאַרמאַכטע אויגן, װי בּאַ שטאַרקע קאָפּישמערצן, און אירע 
פינגער זיינען טיף פאַרוקט אין די קורצע צעשױבּערטע האָר. 

עס הערט זיך; 

זי נעמט אָן אַ פולע בּרוסט מיט לופט און לאָזט בּאַלד די 
לופט צוריק אַרױס, װי מיט יעדן טיפן אָטעם ויל זי אַרױספּאָמ- 
פּען פון זיך די גאַנצע איבּערגעלעבּטע נאַכט, דעם גאַנצן דורכ- 
פאַל בּאַ דער גרענעץ, 

שמועל װאָלציס זאָגט צו זיין ווייב ; 

-- דוּ, נאַר דו, נאָך אַזאַ דורכפאַל איז מיט יעדן מענטשן 
אַזױ... מע פילט זיך, װי מע װאָלט איינגענומען סאַם, נאָר ניט 
דערנומען, 

ער האָט ליבּ צו רעדן פאַרשטעלט. 

ער שטייט נאָך אַלץ אָנגעבּױגן אַקעגן פייער, װאָס בּרענט 
אין אויוון, און טראַכט וועגן דעם, װאָס די פרוי האָט, װייזט 
אויס, פאַרטראַכט נאָך אַמאָל פאָרן צו דער גרענעץ. 

-- אָט װעסטו זען, זי װעט איינעמען סאַם נאָך אַמאָל. 


די פרוי האָט אָנגעשריבּן אַ בּריוו, זי האָט צוגערופן צו זיך 
שמועל װאָלציס און האָט אים אַ קוק געגעבּן אין די אױגן, צי 
ער װעט זאָגן אַ ליגן: 

-- איר קאָנט בּאַבּיצקין ? 

שמועל װאָלציס האָט זיך געמאַכט געפּײיגערט, גלייך ער ווייסט 
ניט, אַז בּאַבּיצקי איז אַן אַלטער פאַרשימלטער דאָקטער, וועמען 


20 


מע האָט אין גאַליכאָװקע שוין לאנג אופגעהערט רופן צוֹ קראַנקע... 
ער װוֹינט הינטערן קאַטױלישן קלױסטער אין אַ פאַרקאַפּצנט 
שטיבּל, און אין זיין גאָרטן װאַקסט אַ גאַנצן זומער לױיטער קיר- 
בּיס -- געלער קירבּיס, וייל דער דאָקטער בּאבּיצקי איז אַלײן 
אויך אַזעלכער -- אַ געלער קירבּיס מיט לאנגע גרויע האָר. ער 
עסט קיין פלייש ניט. אין דער יוגנט איז ער געווען אַ ,טאָל- 
סטאָװעץ". צוריק מיט אַ יאַר צװאַנציק האָט ער געהאַט אַף זיך 
אַ פּראָצעס פאַר דאַרשענען צװישן שטונדיסטן, די שטונדיסטן 
האָט מען געלאָזט פריי. אים האָט מען פאַרשיקט אַף צװעלף יאָר. 
די צוועלף יאָר איז ער אָפּגעזֹעסן, און אַז ער האָט זיך אומגע- 
קערט, האָט ער געבּראַכט מיט זיך פון סיבּיר אַ טויבּ-ישטומען שיי- 
געצל; מע האָט געזאָגט:. 

-- ס'אַ מאָשל! עס איז דאָך זיין קינד... ער האָט אים גע- 
האַט פון אַ דינסט, 

אַז ער האָט זיך אומגעקערט, האָט מען אים אין גאַליכאָװקע 
שוין אינגאַנצן אופגעהערט צו נוצן. סיידן אַ פּויער פוּן די אַרו- 
מיקע דערפער װעט אים נעמען צו זיך אַהיים אַף זיין פור און 
װעט זיצן מיט אים אין װאָגן פּאָרעטש, װי מיט זיינעם אַ גלייכן. 
אַז סיי-ווי-סיי האַלט מען אין גאָליכאַװוקע פון טאָמיד אָן מער פון 
דעם פעלדשער; אױבּ מע רופט בּאבּיצקין, מוז דער כוילע שין 
זיין אַן אָפּגערופענער און לעצט מעסוק. בּאַבּיצקי קומט דאַן 
שנעל, און דאָס אַלײין, װאָס ער קומט, איז שוין אויך אַ סימען-- 
דער קראַנקער װעט שטאַרבּן. נאָר בּאַבּיצקיס קליינער פּאָנים, דער 
געלער קירבּיס, איז דאַן אָפּפּערדיק. זיינע װעגעטאַרישע אױגן 
גלאַנצן, און אויבּ דער קראַנקער איז נאָך בּאַם זינען און לײידט 
ניט קיין גרויסע ויטיקן, בּלײבּט ער בּאַ אים לענגער. עס 
טרעפט: ער טרייבּט אַרױס פון צימער די איגענע. מע זאָגט, 
עס האָט זיך געטראָפן: דעם קראַנקן האָט ער דערציילט מײַסעס 
פון כומעש, און אלע אַרומיקע האָבּן זיך געפילט שלעכט, וי בּאַם 
כוילע װאָלט זיצן אַ גאַלעך. | | 

איז אָט צו וועמען דער פרויס בּריוו איז געווען געשריבּן, 

דעם בּריוו האָט שמועל װאָלציס אַקעגן אַ כֹּאָר שאָ אָפּגע- 
האַלטן בּאַ זיך אין בּוזעם און געפילט האָט ער, אַז אַ טריט צו 
געבּן מיטן בּריוו איז אים שװער, װי איינעם, װאָס האָט מיטאַמאָל 


21 


בּאַקומען אַ שעװער -- װער וײיס, װאָס אין בּריוו איזו גע- 
שריבּן?... | 

פונװואַנען קאָן די פרוי דעם דאָקטער בּאַבּיצקי? 

און כוצדעם : אַז קיין קאָשערע בּריוו זיינען גאָר היינטיקע 
צייטן ניטאָ,.. איז װאָס דאַרף ער, שמועל װאָלציס, דאָ לײגן 
זיין קאָפּ? 

פּאַמעלעך, פּאַמעלעך האָט ער אַרופגעשלעפּט אַף זיך זיין 
גרויען פוטערנעם טיזליק. ער האָט געדענקט: 

-- דער נייער קאַמינאָדבּאלקער נאַטשאַלניק איז אַ קוילער -- 
בּעסער איז, אַז מע פאַלט ניט אַרײין צו אים אין די הענט. 

ער האָט אַרופגעשלעפּט אַף די פיס אַ פּאָר אַלטע פאַר- 
טריקנטע שטיוואליעס, ווייל דער גאַנג איז אַן אומזיסטיקער -- 
צוליבּ אַזאַ זאַך רייסט מען ניט קיין נייע שטיוול, 

און אינדרויסן האָט ער זיך אַרױסגעלאָזט אָקאָרשט פאַרנאַכט, 
ווייל פאַרנאַכט איז פיל גרינגער, 

פאַרנאַכט פאַלט אָן אַף גאָליכאָװוקע די פינצטער פריער, וי 
אַף דער גאַנצער געגנט, פריער וי אף אַלע אַרומיקע דערפער. 

-- קכי! קכי ! 

שמועל װאָלציס אַ פאַרנאַכטיקער הוסט האָט דעם דרויסן צו זאָגן ; 

-- דאָס גיי איך, שמועל װאָלציס, אַ היימישער-- איך גי 
גלאַט אַזױ זיך אַבּיסל אַרױס פון שטובּ, 

-- קכי? קכי?-- טוט ער נאָך אַמאָל אַ פרעג בּאַם דרויסן 
הייסן הייסט עס : 

קיינער ווייס ניט, אַז איך טראָג עפּעס בּאַ זיך ?... 

וי מיט הילצערנע קלאַפּערלעך קרימט נאָך די געפרוירענע 
לופט די ערשטע טריט פון זיינע שטיוול, 

איצט גייט ער, 

פּאַסנװײז שלעפּט זיך אים נאָך די טונקלעניש און קלעטערט, 
וי ער, בּאַרג-אַרוף. 

זי פאַרפינצערט פריער דעם טאָל, די אַלטע מיל מיטן בּריקל, 
דערנאָך דעם מאַרק, די דעכער, װאָס גראָבּן זיך איין אין בּאַרג 
און שטייגן, שטייגן, װי די שטאַפּלען פון אַ לייטער, 

צולעצט פאַרשלינגט די פינצטער דעם בּאַרג אַלײן, דעם אַלטן 
קאַטױלישן קלויסטער, 


22 


דאָרט בּלייבּט זי הענגען, װי פאַר אַ דורכזיכטיקער װאַנט, 
װאָס װאַרט נאָך וי אַף האַװדאָלע... 

איינגעהילט אין איר ליגט גאָליכאָװקע אָן אַ ליכט און ווארט 
מיט פאַרטײַעטן אָטעם... גלייך דאָרט, אַפן קלויסטער, װוּ אַַבּרעג 
פון הימל איז נאָך העל, דראַפּעט זיך עמעצער אַפן סאַמע שפּיץ 
און קוקט זיך איין פאַר אַלע גאָליכאָװקער: 

-- װאָס טוט זיך איצט אין געװעזענעם אַלטן מאָנאַסטיר -- 
אין קאַמינאַדבּאַלקע? 

פאַרטאָג װעט אָנקומען אַ נייער אוילעם אין שטעטל--אַ 
גאַנצע מאַכנע שמוגלער און גלאַט אַזױ מענטשן, װאָס האָבּן פיינט 
די רעװאָליוציע, װאָס װילן פון איר אַנטלויפן -- דעם אוילעם דאַרף 
מען צוגרייטן פּלעצער, 

אַרום ניין אַזײיגער אינאָװנט װעט מען דעריבּער אַף אַ פורן 
צװאַנציק אַרוספירן פון שטעטל יענע, וועלכע דרעמלען דאָ פון 
נעכטן אָן. 

נעכטן איז אויך אַזױ געווען, נאָר ס'האָט געטראָפן אַ מײַסע. 

אַזױ האָט דערציילט די פרעמדע פרוי בּאַ ‏ שמועל װאָלציס 
אין שטוב ; 

ווען די פורן האָבּן זיך אין אַ לאַנגער שורע אַרױסגעצױגן 
פון שטעטל, איז פונעם עקסטן פוסטן קרעמל, װוּ עס געפינט זיך 
איצט אַ פּאָסטן, אַרױסגעלאָפן אַ מיליציאָנער און, אַרױסלופנדיק, 
האָט ער אויסגעשאָסן גלייך אַף די פורן. 

די שמייסערס האָבּן דענסטמאָל אָנגעהױבּן יאָגן, יאָגן. 

נאָר דער שמייסער אַף איר פורל איז געװען נאָך אַ יונג 
ייַנגל, קימאַט אַ קינד. ער איז אָפּגעשטאַנען. און נאַכדעם האָט 
ער ניט געװוּסט דעם װעג. ער האָט געבּלאָנדזעט אין װאַלד 
אַזױ לאַנג, בּיז עס האָבּן זיך בּאַװיזן דריי אַף פערד, -- אַזױ האָט 
דערציילט די פרוי, 

שמועל װאָלציס האָט געזאָגט: 

-- דאָס װאָס דער מיליציאָנער האָט געשאָסן, איז דאַפקע 
גאָרנישט; עס איז אומישנע. 

די פרוי האָט געפרעגט : 

-- װאָס הייסט אומישנע ? 

שמועל װאָלציס האָט געענטפערט קאַלט: 


23 


-- ער נעמט געלט פאַר יעדער פור. 

די פרוי האָט געפרעגט: 

-- איז װאָסיזשע שיסט ער? 

שמועל װאָלציס האָט געענטפערט נאָך קעלטער: 

-- פאַר אַ טערעץ -- ער האָט מוירע פאַר קאַמינאָ-בּאַלקע. 

די פרוי האָט געפרעגט: 

-- פאַרן נייעם נאַטשאַלניק ? 

שמועל װאָלציס האָט געענטפערט ניט גאָר קאַלט און ניט גאָר 
װאַרעם ; 

-- אָ, אָ! אַ מין קוילער ! 

דאָס אַלץ איז געווען בּאַטאָג, נאָך איידער שמועל װאָלציס 
איז אַרױסגעגאַנגען מיטן בּריוו אין דרויסן, 

איצט האָט ער אין זיינע אַלטע, שווערע שטיוול זיך גערוקט 
בּאַרג-אַרוף, זיך גערוקט אָן כיישעק, זיך אַלע רעגע אָפּנעשטעלט 
אַקעגן שמאָלע טונקעלע הויפן, קעדיי זיך איינצוקוקן, אױבּ עס 
שטייט דאָרט ניט אויסבּאַהאַלטן קיין צוגעגרייטע בּאַלעגאָלישע פורן. 

נאָר קיין פורן איז אין ערגעץ ניט געוען צו זען. פון נעכטן 
אָן האָט מען בּאַקומען גרוסן, אַז אַרום קאַמינאָדבּאַלקע דרייט זיך 
אַרום עפּעס איינער אין אַ שעפּסענעם פוטער און אין אַ שעפּסן 
מיצל איבּער די אויערן : 

-- פון ווייטנס, -- האָט מען געזאָגט, -- זעט ער אויס אַ פּויער, 

-- ער בּלאָנדזעט אַרום איבּער די פעלדער. 

-- ער קוקט אויס די וועגן.. 

שמועל װאָלציס האָט געהאַט דעמועלבּן כשאַד, װאָס אַלע 
בּאַלעגאָלעס, 

-- שאַ !... עפשער איז דאָס דער קוילער אַלײין -- דער נייער 
נאַטשאַלניק ? 

טראָגנדיק דעם פרעמדן בּריוו בּאַ זיך אין בּוזעם, האָט ער ניט 
געהאַט קיין מינדסטן כיישעק מיט דעם ננייעם נאַטשאַלניק זיך 
בּאַגעגענען, ער האָט דעריבּער געשפּאַנט זייער געהיט און האָט 
יעדנפאַלס אַף קיין רעגע ניט אַרױסגעלאָזט פון קאָפּ דעם טערעץ, 
װאָס ער האָט דער װעלט צו זאָגן: 

-- װאָס ווייס איך דען ? איך, שמועל װאָלציס,.. אַז אַ מענטש 
בּין איך אַ פּאַשעטער. 


24 


זזז 

דאָקטער בּאַבּיצקי איז געשלאָפן בא זיך אינדערהיים צווישן 
טאָג און נאַכט, 

אַװעקגעלײגט זיך אין די קליידער, וען אין דרויסן האָט 
אָנגעהױבּן ווערן טונקל, האָט ער געקאָנט אַרײנשלאָפן טיף אין אָוונט. 

אַזא טעווע האָט ער בּאַקומען זינט די רעװאָליוציע איז אוועק 
מיט די קרומע ועגן, און זינט ער האָט װעגן איר בּאַשלאָסן: 

װאָס איז אַזױנס די רעװאָליוציע?...---,מיט איין װאָרט-- 
קאַמינאָ-בּאַלקע"... 

פון דעמאָלט אָן האָט ער אָנגעהױבּן שנאָרֹכן, װען אַלע 
מענטשן װאַכן, געשנאָרכט, װי אַף צעלאָכעס דער בּייזער רעװאָ- 
ליוציאָנערער װאַך, געשנאָרכט, אַף אַ סימען, אַז צװישן אים און 
צווישן איר זיינען איבּערגעריסן אַלע בּריקן. 

נאָר גאַליכאָװקער האָבּן דאָס אויסגעטייטשט אַנדערש. גאָלי- 
כאָװוקער האָבּן געזאָגט: 

-- איז ער אַ קאַפּצן ! 

און נאָך האָט מען געזאָגט: 

-- אַדעראַבּע, זאָל עמעצער פּרוּוון זיין אַזאַ קאַפּצן, װי דער 
דאָקטער בּאַבּיצקי, און זיך אַװעקזעצן טראַכטן אַלע טאָג צװישן 
טאָג און נאַכט, 

אַרום דעם דאָקטערס אָפּנעפליקטן שטיבּל איז דער פּלױט 
געווען אין פיל ערטער דוּרכגעבּראָכן און אומגעװאַלגערט אַף דער 
ערד, אַזױ אַז אין הויף האָט מען געקאָנט אַרײינקומען, פון וועל- 
כער זייט מע ויל, 

דער טויער איז דאַפקע געבּליבּן גאַנץ, נאָר דאָס איז געווען 
א טויער, װאָס לעבּט מיט זיין אייגענעם בּאַזונדערן לעבּן און איו 


25 


מיט דעם אַרומיקן הוֹיף געבּונדן אַזױ װײיניק, װי דער דאָקטער 
בּאַבּיצקי מיט דער אַרומיקער שטאָט--דער טויער האָט אין ערגעץ 
ניט געפירט, 

אין שטיבּל אַליין איז איצט געװען דורכויס פינצטער. גע- 
לויכטן האָט זיך בּלויז אין עקסטן קרומען פענצטער; אין פענצ- 
טער פון קיך--אַהין האָט שמועל װאָלציס ארויסגעצילט פון דער 
פינצטער, 

אז ער האָט זיך איינגעקוקט אין פענצטער, האָט ער דערזען 
דעם דאָקטערס טױבּ-שטוּמען-- אַ בּאָכערעץ פון אַ יאָר צװאַנציק 
מיט א צערעפּעט פּאָנים, וי אַ שלעכט אױסגעבּאַקן פּויעריש בּרויט, 
װווּהין מע האָט אַריינגעזעצט א פּאָר שװאַרצע קליינע און זייער 
שמאָלע יאַפּאָנישע אייגעלעך. אין גאָליכאָווקע בּאַװוּנדערט מען זײי; 

-- קלוגע אייגעלעך, דורכגעטריבּענע. 

אין גאָליכאָװקע זאָגט מען: 

-- װער עס האָט קינדער, און דער דאָקטער בּאבּיצקי האָט 
זיך געהאַט אַ געטרייען קנעכט, װאָס בּאַדינט אים און היט אים 
די שטובּ, װי א הונט, 

איצט איז דער טױבּ-ישטומער געשטאַנען אַקעגן דעם בּרע- 
נענדיקן אויוון און האָט געבּאַקץ רעטשענע לאַטקעס - אַפּאָנים, 
דער דאָקטער האָט עס אים געהייסן טון, איידער ער האָט זיך 
געלייגט שלאָפן. אָבּער זע נאָר, סאַראַ לאַטקעס--יעדערע איז 
גרויס, װי אַ טעלער. און וויפל! זע נאָר, װיפל! זיי ליגן שוין, 
וי אַ הויפן אף דעם קיך-טיש און אַף דער בּאנק! זי פאַלן פון 
דאָרט אַף דער פּאָדלאָגע, און דער טויבּ-שטומער בּאַקט נאָך אַלץ 
און בּאַקט. אױיבּ דער דאַקטער װעט זיך ניט אופכאַפּן און װעט 
ניט זאָגן : 

-- גענוּג! 

װעט דער טויבּישטומער פאַרפלייצן מיט רעטשענע לאטקעס 
די גאנצע וועלט, 

שמועל װאָלציס האָט בּאַװיזן אַ קלאַפּ צו געבּן אין פענצטער 
נאָך איידער ער האָט זיך דערמאָנט, אַז דער שטױבּ-ישטומער 
הערט ניט. ער האָט זיך אַ קראַץ געגעבּן זייער פויל, װי אַ בּאַ- 
לעגאָלע, בּאַ װעמען אַ ראָד האָט געפּלאַצט אין מיטן וועג, און 
קיין יישעוו אַרום זעט מען ניט: 


26 


-- נו, אָט. איצט גיי שריי צום כײַ-װעקאַיעם. 

שמועל װאָלציס האָט פון טאָמיד אָן געהאַט זיין אייגענע 
געניטקייט ; 

אַז מע טוט עפּעס פאַר עמעצן אומזיסט, האָט מען פיל מער 
קאָפּידרײענישן איידער אַז מע טוט עפּעס צוליבּ פּאַרנאָסע. 

ער האָט א פּרוּוו געגעבּן די הינטער-טיר; 

-- זי איז אָפן, 

זיינע אויסגעשטרעקטע הענט האָבּן אָנגעטאַפּט אין דער פינצ- 
טער אַ לייטער, א דייזשע, א טיר, 

זיינע שארנדיקע פינגער האָבּן געזוכט די קליאַמקע. 

נאָר אַז ער האָט נאָכדעם אן עפן געטון די טיר אין דער 
בּאַלױכטענער קיך אַרײן, איז דער טױבּ-שטומער שוין געהאַט 
געשטאַנען איינגעבּויגן מיטן רוקן צום בּרענענדיקן אױיוון, מיטן 
פּאָנים צום אַרײנגאַנג. זיין מויל איז געווען וי פון קאַעס אויס- 
געקרימט, און די שװאַרצע שמאָלע אויגן האָבּן געקוקט צו דער 
טיר מיט א בּייזן פייער פון אַ כאיע, װאָס איז גרייט זיך א װאָרף 
צו געבּן אַף יעדן אַרײינקומענדיקן. 

שמועל װאָלציס איז געבּליבּן בּאַ דער טיר פאַרװונדערט: 
דער טויבּ-שטוּמער האָט דערפילט?,.. ניט אומזיסט זאָגט מען אין 
שטאָט: דער טובּ-שטומער פילט אַזעלכע זאַכן, װאָס אַנדערע פילן ניט. 

שמועל װאָלציס האָט זיך אויך איינגעבּויגן, געעפנט זיין מויל 
און האָט געגעבּן צום טויבּ-ישטומען א שמייכל --ניט בּלויז איין 
שמייכל -- ער האָט צו אים געשמייכלט און געװוּנקען, געשמייכלט 
און געװוּנקען. איין שמייכל האָט געהאַט צו זאָגן: 

-- ביסט שוין אַ גרויסער, אַ?.. קערסט שוין װעלן כאַסענע 
האָבּן!.. אַ צווייטער שמייכל: 

-- בּאַקסט לאַטקעס? 

אַ דריטער : 

-- און װוּ איז דער דאָקטער ? דער דאָקטער שלאָפט ? 

דעם טויבּ-שטומענס מויל איז נאָך אָבּער אַלץ געווען אויסגע- 
קרימט, זיינע אויגן האָבּן נאָך אַלץ געקוּקט מיט בּייזן פייער. שמועל 
װאָלציס האָט דעריבּער אָנגעהױיבּן טון, װאָס אַלע טוען, ווען זי 
טרעפן זיך מיטן טויבּ-שטומען. ער האָט אָנגעבּלאָזן די בּאַקן, גע- 
מאַכט אַ שרעקלעך פּאָנים, זיך געקלאַפּט מיט בּיידע הענט אין בּרוסט. 


21 


ער האָט אָנגעװיזן אַף זיינע אויערן, גלײַך ער הערט פון 
אַלע זייטן אַן אומגעהייער גערויש; ער האָט געדריט מיט די 
עלנבּויגנס,. וי איינער, װאָס וויל זיך אװעקלאָזן פליען, און האָט 
פּלוצים אַ פרעג געגעבּן בּאַם טױיבּ-שטוּמען מיט די הענט: 

-- װאָס טוט זיך עס אַף דער וועלט ?... װאָס קוּמט איצט פאָר ? 

דענסטמאָל האָט זיך בּאַם טויבּ-שטומען איבּערגעבּיטן דער קוק. 

זיינע אויגן האָבּן זיך פאַרגלאָצט, זיין פּאָנים האָט זיך אָנ- 
געגאָסן, די אָדערן האָבּן זיך אָנגעצױגן, 

זיין מויל האָט זיך געעפנט זייער בּרייט, װי אַף אויסצומלי- 
קענען פון זיך אַלע געדערים מיטן האַרץ און מיט דער לנג, 
און בּלויז פון זיין האַלדז, טיף, טיף פון זיין גאָרגל האָבּן זיך 
איינער נאָכן אַנדערן אַרױסגעריסן היכצן און קרעכצן. די היכצן 
און די קרעכצן האָבּן זיך אויסגעמישט אלע צוזאַמען, זי האָבּן 
זיך געראַנגלט טיף אונטער דעם טױבּ-שטומען גומען, און נאָר 
א געניטער היימישער אוער האָט געקאָנט דערהערן אין זיי דאָס 
װאָרט; 

-- ררררר--וו--וו--װאָלוצצצ--יא !!! 

דאָס איז געװוען דאָס װאָרט, װאָס דער דאָקטער האָט אויס- 
געלערנט דעם טויבּ-שטומען נאָך צוריק מיט אַ יאָר דריי, אין די 
ערשטע יאָנטעװדיקע װאָכן, ווען די רעװאָליוציע האָט אױיסגעבּראָכן, 

איצט איז דער דאָקטער שוין לאַנג מיט דעם געווען אומצו- 
פרידן, אים האָט דאָס װאָרט ,רעװאָליוציע" געשטאָכן אין די. 
אויערן -- עס איז א צו קנאַקנדיק װאָרט, א געפערלעכס. 

דער דאָקטער האָט זיך פון דעם געקרימט און האָט געװוּנקען 
צום טויבּ-שטומען, אַז מע דאַרף עס מער ניט זאָגן. 

נאָר אָפּנעמען דאָס װאָרט בּאַם טויבּ-ישטומען איז געווען פיל 
שווערער איידער דאָס װאָרט מיט אים איינצוכאַזערן. אַז מע האָט 
דעם טױבּישטומען עפּעס אויסגעלערנט, איז דאָס געוען אַף 
אײיבּיק, 

דער טױיבּ-שטומער איז מיט דעם װאָרט געלאָפן אין מאַרק 
צו די קרעמער, ווען דער דאָקטער שיקט אים איינקויפן, ער איז 
מיט דעם װאָרט אַרומגעלאָפן אין גאַס. ‏ 

איצט נאָכן אויסגעשריענעם װאָרט זיינען בּיידע געבּליבּן צו- 
פרידן :; שמועל װאָלציס אוּן דער טויבּישטומער--בּאַם טויבּ-שטו- 


28 


מען איז געווען פאַרעכנט פאַר א היימישן פריינט יעדערער, װער 
עס בּאַקומט אַ שרעקלעך פּאָנים, בּלאָזט אָן די בּאַקן און פרעגט 
בּאַ איִם מיט דרייענדיקע עלנבּויגנס: 

-- װאָס טוט זיך ? װאָס קומט פאָר? 

נאָר פון זיינע היכצן און קרעכצן האָט זיך ערגעץ אין צווייטן 
אָדער אין דריטן צימער אופגעכאַפּט דער דאָקטער. 

אין קיך דורך דער האַלבּ-געעפנטער טיר האָט זיך אַרײינגע- 
רוקט ניט קיין קאָפּ, נאָר א קליינער, געלער קירבּעס מיט לאַנגע 
גראָע האָר. אַ פּאָר לעבּעדיקע שװאַרצע אייגעלעך, װאָס שטעקן 
אין קירבּעס, האָבּן פּאמעלעך א זוך געגעבּן אַף רעכטט, אף לינקס 
און האָבּן געפונען שמועל װאַלציס. די אויגן האָבּן געפרעגט : 

-- װאָס אי ? װאָס האָט זיך געטראָפן? 

און זיין אַלטע האָריקע האַנט האָט זיך װי געמיעסט אָנצו- 
נעמען דעם אויסגעשטרעקטן בּריוו, 

איצט איז שמועל װאָלציס געגאַנגען צוריק אַהיים און זיך 
געפילט אַזױ לייכט, גלייך צזאַמען מיטן בּריוו האָט ער בּאַם 
דאָקטער אין שטובּ אַראָפּגעװאָרפן פון זיך א פּאָר פּוּד בּליי. 

ער האָט געשפּאַנט, װי אַף צעלאָכעס, פּאמעלעך און געהוסט 
זייער הילכיק אין דעם אָװנט אַרײן, האַנאָע געהאַט, װאָס זיינע 
שווערע קלאַפּנדיקע שטיוול גיבּן צו וויסן דער שטאָק-פינצטער, 
אַז עס גייט אַ מענטש, און געװאָלט, אַז פון אַקעגן זאָל עמעצער 
אַרסקריכן און זאָל אים פרעגן, צי ער טראָגט ניט עפּעס בֹּאַ 
זיך: זאָל עס זיין, װער עס ויל --אַפילע דער נײיער קאַמינאַ- 
בּאַלקער נאַטשאַלניק אַלײן -- זאָל ער איצט אים, שמועל װאָלציס, 
אַפילע בּאַזוכן... 

נאָר פון אַקעגנדיקער פינצטער איז קיינער ניט אָנגעקומען. 

דער אָװונט אַראָפּ-בּאַרג איז געלעגן אַ טוטער, כאָטש די שאַ 
איז נאָך ניט געווען קיין שפּעטע, אַ שאָ, װען מע איז געװיינט 
זיך אַרױסצולאָזן פון גאָליכאָװוקע צו דער גרענעץ. 

- בּלויז אין איינעם א שמאָלן און זייער "סטע דורכגאַנג 
האָט מען זיך געשעפּטשעט. 

אַ הייפל בּאַלעגאָלישע , פּאָלושובּקעס" האָבּן זיך געשאַרט לעבּן 
אַ סקריפּענדיקער הינטער-טיר, און מער אַרױסגערוקט פון אַלע 
איז דאָרט געשטאַנען בּונעם דער רויטער--ער האָט געדרײט 


29 


מיט אַ פינגער אין דער נאָז. שמועל װאָלציס האָט בֹּאַ אים 
געפרעגט ; | 

-- מע פאָרט גאָרניט, אַ, בּונעם? 

-- הערסט דאָך... היינטיקן אָװנט האָט מען עפּעס מוירע. 

-- װאָס איז דען, האַ, בּונעם ? 

-- יענער אינעם פּוערישן מיצל, װאָס דרייט זיך אַרום לעבּן 
קאַמינאָדבּאלקע... יענער איז א סװאָרע דער נייער קוילער, דער 
נאַטשאַלניק אַלין, 

-- מע זאָגט דאָך ער איז קראַנק, א, בּונעם? 

בּונעם האָט פאַרטראַכטערהײט אופגעהערט צו דרייען מיטן 
פינגער אין דער נאָז. ער האָט געענטפערט, װי עמעצן א דריטן: 

-- נו, אָט... דאָס איז עס דאָך... אַבּי מע זאָגט... 


צו דער פרוי, װאָס שטייט אײַן בּאַ שמועל װאָלציס אין אַל- 
קער, איז דער דאָקטער אין יענעם אָװנט ניט געקומען. 

אַף מאָרגן האָט זי אים צוגעשיקט נאָך א בּריוו. 

זי האָט זיך אויסגעפוצט, בּאַקומען געקרויזטע האָר, קימאַט 
לאָקן, און האָט אָנגעהױבּן װאַרטן מיט אומגעדולד, 

דער דאָקטער איז סאָפקאָלסאָף וי פאַרבּײיגײיענדיק אַרײנגע- 
לאָפן, 

געווען איז דאָס אַרום צען אַזײגער אינאָװנט. 

פון זיין ‏ שװאַרצן אַלטן מאַנטל-- אַ שווערער אָפּגעריבּענער 
מאַנטל, װעלכן ער טוט קיינמאָל אין קיין פרעמדן הז ניט 
אויס -- האָט אַ שמעק געגעבּן מיט אַפּטײיק און מיט גערוך פון 
אָפּגעסמאַלעטער הון, 

די שטובּ איז פאַרפלייצט געװאָרן מיט זיין צעטראָגנקײט און 
בּאַלד האָט זיך אַרוסגעװיזן, אַז דער פרויס בּריוו האָט ער אָדער 
ניט געלייענט, אָדער שלעכט פאַרשטאַנען -- ער האָט אַ פרעג גע- 
געבּן אַף גיך; 

-- ער איז קראַנק? 

ער איז אַרײינגעקומען, וי אַף פאַרין און אַרויס", נאָר די 
פרוי האָט זיך פאַרשפּאַרט מיט אים אין אַלקער, װוּ עס שלאָפט 
איר קינד, 


20 


זי האָט צוגענומען דעם לאָמפּ פון עסצימער און האָט דאָרט 
אָנגעהױבּן דעם דאָקטער דערציילן, אַז זי אי אַ טאָכטער צי אַ 
שװועסטער פון זיינעם אן אַמאָליקן פריינט -- אויך אַ דאָקטער, אויך 
אַ געװעזענער ,טאָלסטאַָװעץ". 

דער דאָקטער האָט דערוף געענטפערט זױערלעך, גלײַך די 
פרוי דערציילט, אין װאָס בּאַשטײט איר קרענק. 

-- אֵאַ ?,,, אַאַ !... 

שמועל װאָלציס מיט זיין וייבּ זיינען דאַן געבּליבּן זיצן אין 
פינצטערן עסצימער אַפן סאָפקעלע לעבּן דעם אויסגעקילטן אויוון, 

די פרוי אין אַלקער האָט גערעדט, גערעדט. נאָר שמועל 
װאָלציס מיט זיין װײַבּ זיינען געװען מיד פון טאָג און זייערע 
אויגן האָבּן זיך געקלעפט. אין אָנהײבּ דרעמל האָט זיך געדאַכט, 
אַז די פרוי בּלאָזט דאָרט אָן דעם דאָקטער, און דער דאָקטער 
װאַקסט און װאַקסט, װי אַ בּלאָזאַק. 

אַלע וויילע האָט דאָס פּאָר-פאָלק אַפן סאָפקעלע אין דער 
פינצטער אופגעװאַכט און מיט קלעפיקע אויגן דערזעען דעם 
שמאָלן שפּאַלט אינעם צעלעכצטן טירל פונעם אַלקער--דער שפּאַלט 
בּרענט, װי אַ שמאָל גאָלדן פּאַסיקל און קוקט מיט געטריישאַפט, 
וי אַ דריטער מיטגליד פון דער מישפּאָכע. 

עס טרעפט: 

דער גאָלדענער שפּאַלט װינקט: 

-- אַנו, אָט איצט... הערט זיך נאָר איין... 

נאָר פון איינהערן זיך קומט בּאַ שמועל װאָלציס מיט זיין 
ווייבּ גאָרנישט אַרױס, 

אין שלעפעריקן מויעך מישן זיך אָן אופהער דער פרויס 
פרעמדע װערטער און פאַרלירן פון רעגע צו רעגע יעדן זין. אַ 
װאָרט פּרוּװוט זיך אַװעקצושטעלן אַף די פיס, נאָר בּאַלד קומט 
נאָך א װאָרט און בּיידע פאַלן אום, 

דער דאָקטער שווייגט, די פרוי רעדט, עס קומט אויס, װי זי 
מוסערט אים ; 

-- איר, זאָגט זי,-- זייט אַ גלױבּיקער ? איר, װאָס מישט זיך 
ניט ? װאָס פאַר אַ גלױיבּיקער זייט איר, אַז אַלץ נעמט זיך בֹּאַ 
אייך פון לויטער ניט גלױבּן-- איר גלױבּט ניט, אַז דאָס לעבּן 
איז אַלץ, איר גלױבּט ניט, אַז דער טוט איז איער סאָף. איך 


21 


אָבּער בּין זיכער: טוט איז טויט. מיין איצטיק לעבּן איז אַלץ. 
מער װעל איך קיינמאָל גאָרנישט האָבּן. און רעװאָליוציע איז מיין 
טויט. דערפאַר אַנטלױף איך פון איר. דערפאַר בּין איך אַהער צו 
דער גרענעץ געקומען. איך האָבּ איינגעשטעלט מיין לעבּן, מיין 
קינד. צוריק אַהיים פאָר איך ניט, 

דער דאָקטער טוט אַ הוסט. 

מיט דעם וויל ער, אַפּאַנים, זאָגן, אַז אים האָט דערעסן, אַז 
ער קאָן איר מיט גאָרנישט העלפן. 

נאָר די פרוי לאָזט אים ניט אויסריידן, זי בּעט אים נאָר איין 
זאַך: ער זאָל איר העלפן בּאַקאָנען זיך מיט פיליפּאָוון--מיט דעם 
נייעם קאַמינאָדבּאַלקער נאַטשאַלניק, 

און דאָס װאָרט פיליפּאָװו" הייבּט זיך אָן פיל מאָל איבּער- 
צוכאַזערן בּאַ איר אין מויל, 

-- זאָל ער זיין, -- זאָגט זי, -- אַ רועך, אַ מערדער... אַף יעדן 
מענטשן קאָן מען ווירקן, אַף דעם געוועזענעם צאַר האָט אַמאָל 
געװוירקט אַ פּאָשעט מיידל --אַ קאַלע פון אַ פאַרמישפּעטן רע- 
װאָליוציאָנער... דער איקער איז, ער זאָל ניט וויסן, אַז איך בין 
אַהער געקומען גאַנװענען די גרענעץ... 

און נאָך פיל, פיל אַזעלכע רייד װערט קלאָר, אַז די פרוי 
וויל יעדנפאַלס דאָ בּלייבּן אַף אַ שטיקל צייט. זי װיל איבּערפאָרן 
צום דאָקטער אין שטיבּל, זי װעט אים זיין, זאָגט זי, אַ בּאַלעבּאָסטע, 

נאָך פיל, פיל אַזעלכע רייד, װאָס דערקריכן אַהער אין דער 
פינצטער, טוען זיך מאַן און װײיבּ אַ קוק אין די פּענימער. די 
אויגן פונעם װייבּ פרעגן בּאַ די אויגן פונעם מאַן ;} 

-- דיר איז פאַרשטענדלעך די מײַסע? 

דעם מאַנס אויגן ענטפערן ,ניין". זיי פרעגן פון זייער זייט 
בּאַם ווייב ; 

-- נו, און דיר? 

די יידענע רופט דאַן אָפּ דעם מאַן. צום ווינקל פון פינצטערן 
עסצימער. דאָרט היבּט זי אָן צו מאָלן. װי אַ מיל: 

-- די עמעסע אײינגעשפּאַרטע פרוי. אַ פרוי -- אַ קאָזאַק... אַ 
געפּודערט נעזל, געפאַרבּטע ליפּעלעך,.. אַזאַ פרוי װעט דיר שוין 
אין ערגעץ ניט פאַרפאַלן װערן.. זי לאָוט זיך ניט שפּײַען אין 
דער קאַשע... 


32 


| 


ו 


נאָר פון דעם, װאָס זיין ווייבּ שיט, װערט פאַר שמועל װאָל- 
ציס גאָרנישט ניט פאַרשטענדלעך. 

קלאָר איז נאָר, אַז דער דאָקטער ויל זיך פון דער פרױי 
אויסדרייען, צו זיך אַהיים װיל ער זי ניט נעמען. איז װאָס טוג 
זי דאָ אין שטובּ אים, שמועל װאָלציס? די פרוי האָט בּאַ זיך 


צוויי שװוערע פּעק. זי היט זײי שטאַרק און לאָזט קיינעם צו זי 


ניט צו. װער ווייס, װאָס זי פירט דאָרט אין זײי? 

סאָפּקאָלסאָף נעמט שמועל װאָלציס דעם לאָמפּ און בּאַגלײט 
אַרױס דעם דאָקטער פון פינצטערן הינטער-הויז. ער טוט עס 
קלוימערשט פון גרויס דערעכערעץ. 

נאָר אין עק הינטער-הוין שטעלט ער דעם דאָקטער אָפּ און 
פרעגט בּאַ אים, װער איז די פרוי... דער איקער איז: מע האַלט 
זי אוף בּאַ זיך אין שטובּ, צי קאָן מען זיך דורך איר ניט אָנ- 
רייסן עפּעס אַף אַן אומגליק? נאָר דער דאָקטער טוט בּלױז אַ 
קנייטש מיט די אַקסלען: 

-- היינטיקע צייטן,-- זאָגט ער, -- אַז דו קאָנסט אַ מענטשן 
פון נעכטן, הייסט עס נאָך ניט, אַז דו קאָנסט אים היינט... 

דער דאָקטער איז אַ קלוגיטשקער. ער שוייגט אַ רעגע און 
גיט צן; | 

-- און װער שמועסט... װער שמועסט, אַז איך קאָן זי ניט 
פון נעכטן אויך... 

דערבּיי בּאַקומט דער דאַקטער אַזאַ אויסזען, גלייך דער שפּיץ 
פון זיין נאָז יל זאָגן אַ װויץ, נאָר ער האַלט זיך איין, ווייל ער 
איז אַ מענטש אַ זײטיקער און וייל דער ויץ איז אויסן ניט 
בּלויז דאָס ,, פריילעכע שטיקל סכוירע", װאָס שטייט איצט איין 
בּאַ שמועל װאַלציס אין אַלקער, נאָר אַלץ, װאָס אַרום אים טוט 
זיך די לעצטע פּאָר יאָר. 

-- וי רופט מען דיך? -- פרעגט ער פּלוצים בֹּאַ זיין אַרױס- 
בּאַגלײטער, 

--- שמועל, 

-- אַך, יאָ, שמועל, שמועל... אַ צײַטעלע, אַ? 

און דער דאָקטער האָט פאַרמאַכט הינטער זיך די טיר. מיט 
אַ נאָז, װאָס שמייכלט אַף צו זאָגן אַ ויץ, איז ער אַרױס אין 
דרויסן, 


33 


-- אַ צײַטעלע... 

בּאַרג-אַרוף האָט אים אָנגעיאָגט דער װינט. זיינע נאָגנדיקע 
כװאַליעס האָבּן זיך שטורמיש געדרייט צװישן פאַרכוישעכטע 
איינגעדרעמלטע הייזער. 

און בּיידע זיינען איצט בּאַ האַלבּער נאַכט געװען אויסגע- 
שלאָפן און ניכטער -- דער דאָקטער און דער ווינט. 

דער ווינט האָט אונטערגעשטופּט דעם דאָקטערס שוערן אַפּ- 
געריבּענעם מאַנטל, און בּאַם דאָקטער האָט געשמייכלט דער שפּיץ 
פון נאָז, װי גלייך ער טוט אָפּ דער װעלט אַ שפּיצל-- אויסער- 
לעך איז ער דאָ בּאַ אַלע אין די אויגן ,אַ מענטש אַ זייטיקער", 
קלוימערשט ער מישט זיך ניט, און אַליין האָט ער דאָך אַן אױג 
און בּאַמערקט די זאַכעלעך, װאָס קומען איצט פּאָר טאָגטעגלעך 
אומעטום, אַפילע דאָ... אַרום קאַמינאָ-בּאַלקעי.. 

-- מאָדנע זאַכעלעך... און אָט די פרוי.. אַ שטיקל 
סכוירע... 

און דער זין פונעם דאָקטערס וויץ איז איצט בּאַשטאַנען אין 
דעם, װאָס די פרוי אין װי אַ ניסאָיען --אַ ניסאָיען, װאָס דער 
סאָטן האָט דאָ אונטערגעשיקט דעם נייעם קאַמינאַדבּאלקער נאַ- 
טשאַלניק... ,,מיר, -- זאָגט זי.--איז גענוג איך זאָל זיך בּלויז מיט 
פיליפּאָוון בּאַקענען"... פּכע!.. עס װערט שוין צו אָט די לייט 
אונטערגעשיקט פּרוּוון, װי צו הייליקע. און װער איז ער אָט דער 
פיליפּאָוו ?... דאָס ווייסט מען נאָך אַלץ ניט, כאָטש אין קאַמינאַ- 
בּאַלקע איז ער שוין מער וי צוויי װאָכן. ער איז קראַנק, זאָגט 
מען, און היילט זיך ניט, 

נו, גוט... בּאַ אים, דעם דאָקטער, האָט מען געפּױעלט: 

פיליפּאָוו איז אַ צאַדיק... אַ צאַצקע. 

אַרום פיליפּאָוון איז פינצטער, אָט װאָס... פינצטער, וי דאָ 
אַרום די עקסטע שלאָפנדיקע הייזער אינמיטן נאַכט... אָט האָסטו 
דיר פיליפאָוו... 

אין דער טיפער פינצטער האָבּן געקלאפּט נאַקעטע צווייגן, 

אַף עקסטע צעשױיבּערטע בּיימער האָט גענאָגט אַ היזעריק 
וויי-געשריי, און געדאַכט האָט זיך: דאָס בּלעטערן זיך די גע- 
שעענישן, װאָס ליגן אױסבּאַהאַלטן אין די פאַלדן פון דער געגנט-- 
זי בּלעטערן זיך, און עס דאַכט זיך: עס טוט עמעצן װייי.. 


24 


אויבּ זיי װעלן קומען דידאָזיקע געשעענישן, װעלן זיי אַרומ- 
כאַפּן, װי אַ סרייפע, די גאַנצע געגנט, און נאָר זיין שטובּ-- דעם 
דאָקטערס שטובּ מיטן אומגעװאַלגערטן פּלױט און מיטן געבּליבּע- 
נעם טויער -- װעלן זיי דורכלאָזן, ווייל ער איז ,אַ מענטש אַ זיי- 
טיקער" און אַפילע װעגן דעם, װאָס ער איז ;,אַ מענטש אַ זיי- 
טיקער", זאָגט ער אויך ניט קיינעם. ער שוייגט. אָט-װאָס: 
מענטשן האָבּן קיין סייכל ניט, װי אַזױ אין אַזאַ צייט צו 
לעבּן. 

דער דאַקטער האָט זיך שטייפער איינגעװויקלט אין די פּאָלעס 
פון זיין אַלטן אָפּגעריבּענעם מאַנטל. 

ער האָט זיך איינגעהויקערט און אַף אים האָט וי אַראָפּגעני- 
דערט עפּעס אַ הימלעכקייט - אַ היימלעכקייט - פון אַ מענטשן, 
וװוְאָס האָט סייכל אין אַזאַ צייט, וי אַזױ צו לעבּן. 

דער וינט, װאָס האָט אים אונטערגעשטופּט בּאַרג-אַרוף, האָט 
בּאַ אים שוין ווידער אַרױסגערוּפן אַ געפיל פון פריינטשאַפט--אַ 
מאָדנע פריינטשאַפט צװוישן אַן אַלטן אויסגעשלאָפּענעם דאָקטער 
און אַ יונגן כװאַט--אַ וינט, װאָס צעשױבּערט זיינע גרויע 
האָר, 

אַרומקוקנדיק זיין שטובּ, װאָס װעט דאָ בּלייבּן ניט גערירט 
אַפילע אינעם שטורעם פון די גרעסטע אױסבּרעכנדיקע געשע- 
| ענישן, האָט ער געטראַכט וועגן דעם נייעם קאַמינאָ-בּאַלקער נאַ- 
| טשאַלניק, פאַר וועמען אַלע האָבּן דאָ מוירע: 
| ==-- דאָס איז עס דאָך... נעכטן זיינען אַזעלכע מענטשן, וי 
| אָט דער פיליפּאָװו, ניט געװען, הייסט עס: אַ ראָליע שפּילט ער, 
| אָט-װאָס... קאָמעדיאַנט,.. 
| = און אַלײין האָט ער מוירע געהאַט אַראָפּצולאָזן דעם שמייכל 
! פון דער שפּיץ פון זיין נאָז. בּאַגלײיך צוזאַמען מיטן שמייכל קאָן 
| ער פאַרלירן זיין גלייכגעוויכט אין לעבּן 


1+/ 


רעכטס פון גאָליכאָװוקע איבּער צוג-ווינטן און איבּער פעלדער 
האָט געשריגן פון שלאָף אַ רוישיק וועלדל. 

ווייטער פון וועלדל, בּאַרג-אַרוף און בּאַרג-אַראָפּ האָט, װי אַ 
גרויסע פאַרגליווערטע סטאַדע, זיך געלופטערט יאַנאָװע --אַ גרויס / 
דאָרף מיט כיטרע ווייסע כאַטקעס אין די קויטיקע הויפן און מיט 
שטיינערנע פּאַרקנס, װאָס זיינען ווייט פאַרװאָרפן אין בּיידע זייטן 
פון שמאָלן געפרוירענעם טײַך, 

צו יאַנאָװע האָבּן געפּאַסט שטיינערנע פּאַרקנס. 

יעדער יאַנאַװער איז געווען פאַראַקשנט און האָט דערמאַנט 
אָן זיין פּאַרקן: 

= שטיין, שטיין... 

יעדער יאַנאָװער האָט זיך שוין אַמאָל געשלאָגן מיט זײַן 
שאָכן פאַר אַ שטיקל פעטן פּלאַץ בּאַם פליסנדיקן טיין, זיך גע- 
האַרגעט פאַרן טייך, זיך געלאָדן פאַר אַ גאָרטן-גרענעץ בּאַם טייך. 
נאָר איצט שלאָגט מען זיך דאָרט ניט מער. 

איצט, ווען דער דאַקטער בּאַבּיצקי האָט זיך אַהין דערנעענט 
מיטן פּוסטלעכן ועג פון הינטערן װעלדל אַרױס, האָבּן דעם. 
דאָרפס דרעמלענדיקע פלעקן געזונקען אינעם צופאַלנדיקן פאַר- 
נאַכט, און געפילט האָט זיך שטאַרקער וי אַלע מאָל, אַז יאַנאָװע 
לאָקערט אַרום טייך מיט אַ געדאַנק פון בּייזלעכן ,יאַדאַכעס" און 
אַז אינמיטן אָט דעם ,יאַדאַכעסי שטעקט דעם אאַנאָװער געליימטן 
גאַלעכס טאַכטער סאָפיאַ פּאָקראָװסקאַיאַ -- אַ קורצע און געשווינ- 
דע, אַ בּייזע שװאַרצע צורקע מיט סימאָנים פון װאָנסעלעך, װאָס 
מאַכן איר פּיסקל שװאַרץ און קלעפיק, און די בּעקלעך אַרום 
פּיסקל זעען אויס טאָמיד פאַרשלאָפן, טאָמיד בּרודיק. 


26 


אויבּ איצט בּאַם צופאַלן פון דער נאַכט אין גאַנץ יאַנאָװע 
פאַרטראַכט און דער קלויסטער אין ווייטן עק קלינגט ניט, אין 
דאָס עפשער אויך דערפאַר, װאָס סאַפיאַ פּאָקראָװסקאַיא האַט גע- 
הייסן עס זאָל זיין שטיל -- זי האָט געהייסן, אַז דער קלויסטער 
זאָל ניט קלינגען. 

צוליבּ דערדאָזיקער סאָפּיאַ פּאָקראַװסקאַיאַ--זײַן איינציקן פרײַנט 
און אינציקן נאָענטן מענטשן דאָ אין געגנט-- איז איצט דער 
דאַקטער געגאַנגען צופוס קײַן יאַנאַװע. 

און װיבּאַלד ער איז אַהין געגאַנגען, איז ער געגאַנגען גיך 
און האָט זיך אַפילע איינמאָל ניט אַרומגעקוקט אין די זייטן, כאַטש 
זיינע איינגעהויקערטע פּלײצעס האָבּן ניט אופגעהערט צו פילן, 
אַז אַרום יאַנאָװע בּלאַנדזעט אַרום עמעצנס אַ בּליק-- אַרום יאַ- 
נאָװע לאַקערט קאַמינאָ-בּאַלקע. 

געגאַנגען איז דער דאָקטער צופוס צו סאַפיאַ פּאַקראָװוסקאַיאַ קיין 
יאַנאָװע ניט צום ערשטן מאָל, נאָר איצט האָט אים אַהין געטריבן 
אַ בּאַזונדערער צופאַל, געווען איז אַזױ: 

גאַנצפּרי, בּאַ אַ פראָסט, װאָס לייגט זיך מיט וייסער פריש-. 
קייט אַף געשלאָסענע טירן, בּאַ אַ דאַמף, װאָס שלאָגט פון נאַזד 
לעכער און פון מיילער, און בּאַ אַ לעמפּל, װאָס צאַנקט נאָך פון 
בּאַנאַכט ערגעץ-ווּ אין אַ וינקל, וי בּאַם צוקאָפּנס פון אַ 
קראַנקן-- גאַנצפרי האָט דעם דאָקטער אָפּנעשטעלט אין מאַרק דער 
דאַנטיסט גאַלאַגאַנער -- אַ מענטשל, װאָס לױט זיין אויסוען איז 
ער אַלט אַ יאָר אַכט און דרייסיק, נאָר בּייז, דאַכט זיך, איז ער 
שוין אַ יְאָר הונדערט. טאָמיד, אַז ער רעדט, ווייזט זיך אויס, אַז 
ער קריגט זיך, ער װיל װיסן צי ער איז גערעכט, צי ניין. נאָך 
יעדער געשווינדן װאָרט פינטלט ער שטאַרק מיט די אױגן, און 
נאָך יעדער שטיקל װאַטע, װאָס ער לייגט אַרײן בֹּא זיך אין קאַ- 
בּינעט א פּאַציענט אין בּאַק-צאָן, לויפט ער צום פענצטער אַ 
קוק געבּן, צי דאָס פּאַליטישע לעבּן אין לאַנד האָט זיך שין 
געבּיטן צי נאָך ניט. 

גאַלאַגאַנער האָט גאַנצפרי זיך געדונגען אין מאַרק מיט אַ פּויער 
פאַר אַ פורל האָלץ. ער איז געווען שטאַרק אין קאַעס, װאָס דער 
פּויער פאַרבּאָט אַזאַ גרויסן מעקעך: ער האָט דעם פאַרבּײיגייענ- 
דיקן דאָקטער קלאָגעריש אַפן פּויער אָנגעװיזן: 


51 


-- נו, אָט. גי צאָל פאַר יעדער זאַך טײַערער. 

-- וו ?., 

דער דאָקטער האָט זיך אָפּנעשטעלט און האָט זיך א קרים 
געגעבּן, װי אַ מענטש, װאָס איז טױיבּלעך צו געוויינלעכע װאָכע- 
דיקע זאַכן, 

גאַלאַגאַנער -- מיט אַ רעציכעדיקן בּליק, װאָס שטעכט דעם 
אויסגעמוסערטן פּויערס פּאָנים; 

-- פון נעכטן בּיז היינט זיינען אַרוף, זאָג איך, די מעקאָכים 
אַף צוויי מאָל. װאָס איז? גאָרניט. אַ נייער נאַטשאַלניק אין קאַ- 
מינאָ-בּאַלקע. מע האָט פאַר אים מוירע, איז גיי צאָל דערפאַר 
אויך... דערפאַר, װאָס מע האָט פאר אים מוירעי.. 

דער דאַקטער, װי אַ מענטש אַ זייטיקער, װאָס װיל זיך גיין 
ווייטער זיין וועג: 

-- יאָ, יאָ... אַ נייער נאַטשאַלניק. 

גאַלאַגאַנער: 

-- אַלץ הייסט -- אַ געוועזענער שאַכטיאָר, זאָגט מען -- גע- 
. האַט אייגענע קוילן-גריבּער. געלעבּט אין אַ פּאַלאַץ מיט ליבּ- 
מענטשן און מיט דינסטן, 

-- אַאַ!.. אַאַ!. 

און דער דאָקטער האָט זיך געמאַכט גלייך ער האָט קיינמאָל 
ניט געהערט, אַז דער דאַנטיסט איז פון יונגע יאָרן אָן פאַרבּליבּן 
אַן ,עס-ער", אַז ער קער דאָ צו יענעם בּינטל ,כסידים'", װאָס 
דרייט זיך איצט אַרום סאָפּיאַ פּאָקראָסקאַיאַ, און איז פאַרמישט 
אין דער ,אַרבּעט", װאָס זי פירט דאָ אין געגנט. 

דערנאָך האָט גאַלאַגאַנער דעם דאָקטער אַבּיסל בּאַגלײט און 
האָט זיך אַנטשולדיקט פאַרן פּעקל ,ליטעראַטור", װאָס סאָפיאַ פּאָ- 
קראָװוסקאַיאַ האָט מיט אַ פּאַר װאָכן צוריק געלאָזט בּאַ אים, דעם 
דאָקטער, אונטערן בּעט -- סאָפיאַ פּאַקראָווסקאַיאַ האָט איבּערגעגעבּן, 
אַז זי װעט אינגיכן קומען דאָס פּעקעלע צונעמען. דער דאָקטער 
האָט דערוף געענטפערט קאַלטלעך: 

-- אומממ! אומממ,., 

נאָר קומענדיק צו זיך אַהײם, האָט ער דאָך געכאַפּט אַ גניי- 
וישן קוק צום פאַרשטױבּטן פאַרבּאָטענעם פּעקל, װאָס ליגט בּייז- 
לעך בּאַ אים אונטערן בּעט, ער האָט נאָך אַלץ געדענקט: 


38 


=: 


-- אַ געוועזענער שאַכטיאָר,.. געװוינט אין אַ פּאַלאַץ... אַלץ 
איינס... צי עס איז עמעס, צי אַ ליגן... פון אַזעלכע דאַרף מען זיך היטן, 

און דאָס שטױבּיקע פּעקעלע אונטערן בּעט האָט אַװעקגע- 
רױבּט די רוּ און האָט געצװוּנגען דעם דאַקטער, ער זאָל זיך 
איצט ניט לייגן שלאָפן און זאָלעס די גאַנצע צייט געדענקען. 

בּאַטאָג האָט ער זיך דעריבּער אַװעקגעלאָזט צופוס צו סאָפיאַ 
פּאָקראָװוסקאַיאַ קיין יאַנאָװע. מיט איר האָט ער זיך געפילט היימלעך 
נאָך פון אַמאָל. זי האָט ער געדענקט נאָך פון די קינדער-יאָרן. 

סאָפיאַ פּאַקראָווסקאַיאַ אין די קינדער-יאָרן : 

אַ מיידעלע פון אַ יאָר צװעלף מיט קרומלעכע אַקסלען און 
קאָנװוּלסיע-צופאַלן, 

אַז דאָס מיידעלע גייט גיך, בּאַקומט דאָס אַ בּײִכל און הינקט 
אונטער, װי אַ װייבּל אין קליין-טראָגן, 

! געווען איז דאַן נאָך סאָפיא פּאָקראָװסקעס געליימטער פאָטער 
אַ פעטלעכער גאַלעך, װי אַלע גאַלאָכים, אַ דאָרפישער, אַ פאַר- 
בּרוינטער מיט אַ שװוערער צונג, װאָס בּאַלעקט זיך, מיט הענט, 
וי פון שמאַראָװידלע און מיט אַ קאָל אַף ,גאָספּאָדי פּאָמילו", 

געהאַט האָט ער אַ זאַטן הויף, פעטע פערד, כאַרכלענדיקע 
כאַזיירים און לאַנגע איינגעבּויגענע בּאָכוּרים מיט פּלאַקסענע קעפּ 
און מיט פרומע פּינטלענדיקע אויגן--בּאָכורים, װאָס גייען אַראָפּ 
פונעם זינען יעדערער אינעם יאָר, ווען ער ענדיקט דעם גאַלעכישן 
סעמינאַר, יעדערער אין די סאַמע הייסטע זומערדיקע כאַדאָשים, אין 
אַ שטילער יאַרידלאָזער צייט--אין דער צייט פון דרעשן און פון שניט, 

אין א טאָג אַ היציקן און אַ לאַנגן האָבּן פּויערים אין ווייסע 
לייוונט פון פרי בּיז נאַכט, װי אין אַ הײליקן טאָנעס, געשניטן די 
ווייסע זאַנגען אין צייטיקן פעלד, און דערפער זיינען דאַן געווען 
פאַרלאָזט אַף דער האַשנאָכע פון הינט און קליינע קינדער. און 
אין גאָליכאָווקע האָבּן דעמאָלט װײַבּער, אַרבּעטנדיק זאָקן, געגענעצט 
מעשוגענערווייז, זיך געקראַצט אונטער די קאָפּן-טיכלעך און זיך 
אַלץ געװוּנדערט : 

-- זעט נאָר אַ טאָג... אַ לענג פון אַ טאָג!. 

אין אַזאַ מין טאָג, אין דער גרויסער היץ פון שטיל-פאַרטײַעטן 
נאָך-מיטאָג, האָט דורך גאָליכאָװקע געקאָנט פּאַמעלעך דורכסקרי- 


29 


פּען דעם יאַנאָװער גאַלעכס לאַנגער געקאַװעטער װאָגן, און אין 
װאָגן אַף פרישער נאָר-װאָס אויסגעדרעשטער שטרוי זאָל ליגן אַ 
לאַנג-אוסגעצויגענער בּאָכער מיט געבּונדענע הענט און פיס-- 
דעם גאַלעכס אַ מעשוגע-געװאָרענער בּאָכער, 

און פירן זאָל מען אים ערגעץ װוּהין צו דער בּאַן, און מיט 
דער בּאַן ערגעץ ווייטער אין אַ גרויסער שטאָט, װוּ דער גאַלעך 
האָט קרויווים, און װוּ עס איז פאַראַן אַ מעשוגאָיִם-הוז, 

אַזױ איז געווען אין איינעם אַ זומער, אַזױ איז געװען אין אַ 
צווייטן זומער און אין 'אַ דריטן. 

נאָר איינמאָל, ווען דעם גאַלעכס לאַנגער װאָגן האָט דורכגע- 
סקריפּעט דורך גאָליכאָװקע, איז דאָרט אין סאַמע עק צוקאָפּנס 
פונעם לאַנגן מעשוגע-געװאָרענעם בּרודער געזעסן טיף אין שטרוי 
דעם גאַלעכס צװעלף-יאָריקע מיידעלע מיט די קרומע אַקסלעף 
און געווען איז דאָס --זי--סאָפּיאַ פּאַקראָװסקאַיאַ. 

וי אַ צולייג צום געבּונדענעם בּרודער איז זי דעמאָלט אָפּ- 
געשיקט געװאָרן צום גאַלעכס קרויווים, אין יענער גרויסער שטאָט, 
װוּ עס איז פאַראַן אַ גאַלעכישער סעמינאַר און אַ מעשוגאָים-הויז, 

אין יענער שטאָט איז זי אופגעצויגן געװאָרן, אין יענער 
שטאָט האָט זי זיך געלערנט, 

אַז זי האָט זיך קיין יאַנאָװע אומגעקערט, איז שוין געװוען 
נאָך דער מילכאָמע, נאָך די ערשטע פּאָר יאָר פון דער רעװאַ- 
ליוציע. און דער דאָקטער האָט אין איר געפונען אַ גוטן פריינט, 
אַ מענטשן, װאָס איז מאַסקים, אַז דאָס לעבּן ,איז אַװעק מיט 
מעשונעדיקע קרומע ועגן", 

בּאַ איר װערט ער געוווירע וועגן אַלע ,זאַכעלעך", װאָס קו- 
מען פאָר אין געגנט, און אַף אַזאַ אויפן, אַז קיינער זאָל ניט וויסן 
צי ער איז עפּעס געוווירע געװאָרן. 

צו איר איז ער מיט אַ פֹּאָר טעג צוריק געקומען זיך דערוויסן 
וועגן דעם ,ניסאָיען", װאָס דער סאָטן האָט דאָ אונטערגעשיקט 
דעם נייעם קאַמינאָ-בּאַלקער נאַטשאַלניק -- פיליפּאָוון. צו איר האָט 
ער צוריק מיט אַ פּאָר טעג געזאָגט: 

-- אַ שטיקל סכוירע, אַ? אַזױנס קאָן אַראָפּפּירן... ,בּאַקאָנט 
מיך מיט פיליפּאָװון, זאָגט זי, דורך מיר װעט איר נאָכדעם האָבּן 
טויוועס". 


40 


און נאָך: 

-- איז װוער פּראַװעט איצט מיט אונדזערע לעבּנס? 

און צוליבּ איר גייט ער איצט נאָך אַמאָל קיין יאַנאַװע. 

אַז ער װעט קומען, װעט ער בּאַ איר טרעפן א װאַרעם- 
אויסגעהייצט שטיבּל, אַ בּרענענדיקן לאָמפּ אַפן קליינעם פאַר- 
שפּרײטן טישל, װאָס דערמאָנט אָן אַ יידישן אָרעמלעכן טיש אום 
שאַבּעס. 

ער װעט מיט איר זיצן בּרידערלעך אין דער װאַרעם, ער װעט 
מיַט בּרודיקע נעגל שיילן די װאַרעמע קאַרטאָפּל, מיט װעלכע זי 
נעמט אים אוף, און װעט איר געבּן אָנצוהערן װעגן דעם פּע- 
קעלע, װאָס זי האָט געלאָזט בּאַ אים אונטערן בּעט: 

-- אַ צײַטעלע,-- װעט ער פאַנאַנדערלאַכנדיק זיך צו איר 
זאָגן.-- אַז פאַר וויסן וועגן עפּעס כאַפּט מען איצט שמיץ, גלייך 
װי פּאַר טוּן.. 

דערוף װעט אים סאָפיאַ פּאָקראַװוסקאַיאַ ענטפערן מיט אַ בּייזלעך 
פּאָנים פון אַן ,עס-עראָוקע', װאָס האָט זיך מאַפקיר געװוען 
קעדיי אַרױסצוּפירן דאָס לעבּן אַפן גלייכן װעג: 

-- נו, דאַ... װאָט אימענאָ. 

איז אָבּער דעם דאָקטער ניט בּאַשערט געווען צו האָבּן היינט 
אָט דעם נאַכעס. איצטיקס מאָל האָט אים, װי עמעצער--נאָך אַן 
עלטערער פון אים--געװאָרנט: 

-- זיץ אינדערהיים, אַלטיטשקער,.. היט די בּיינער... 


טכילעס אָװנט, בּאַ זיין אַרײנקומען קיין יאַנאָװע, האָט ער 
װי מיט אַ בּאַזונדער כוש דערפילט, אַז אין דאָרף איז עפעס צו 
שטיל. 

אַפּאָנים, יאַנאָװע האָט שוין אויך דערפילט, אַז דער ניער 
קאַמינאַיבּאלקער נאַטשאלניק איז אַן אַנדערער, וי אַלע פריערדיקע. 

יאַנאָװע האָט בּאַקומען מוירע פּונקט, וי גאָל:כאָווקע. 

די הייזער אין בּיידע זייטן גאס האָבּן אויסגעזעען פרעמד, 
בּאַגלײיך מע זעט זי דאָ צום ערשטן מאָל, און װייל אַרום זײ 
איז געווען צו שטיל, האָט זיך דעריבּער דעם אוער געכאָלעמט, 
אַז שװאַכע קוילעס בּלייבּן אַלע וויילע הענגען אין דער לופט. 


41 


: 

אַ ווייטער הינטישער האַװקען איז געקומען פון עקסטן דאָרף- 
ווינקל, וי פון קעגניבּער ווייטע װעלטן, 

געדאַכט האָט זיך, אַז אין יענעם דאָרף-װוינקל צווישן דעם 
הינטישן האַװקען קומט עפּעס פאָר, יו נאָכדעם איז ווידער גע- 
װאָרן שטיל, 

אין טונקעלן קאָרידאָר, דורך וועלכן מע גייט אַרײין צוּ סאָ- 
פיאַ פּאָקראָווסקע אין שטיבּל, איז קיינער ניט געװען; קײנער 
האָט דאָרט דעם דאָקטער ניט געענטפערט, װען ער האָט אין 
טיר אָנגעקלאַפּט, און דערפילט האָט זיך בּאַלד, אַז סאָפיאַ פֹּאָ- 
קראָװוסקאַיאַ איז נישטאָ אינדערהיים, כאָטש זאָגן, אַז זי איז גאָר 
אינגאַנצן ניטאָ אינדערהיים, האָט מען אויך ניט געקענט- די 
פאַרהאַנגענע פענצטער זיינען געװוען בּאלויכטן, נאָר די בּאלויכ- 
טונג איז געווען אַזאַ, װאָס איז אי רוּיק, אי ניט רוּיִק, 

אינעװײיניק אין שטיבּל, װוּהין דער דְאָקטער איז אַרײינגעקומען, 
איז, װי טאָמיד, געווען װאַרעם אויסגעהייצט, און געבּרענט האָט 
דער לאָמפּ אַפן קליינעם פאַרשפּרײטן טיש, װאָס דערמאָנט אָן אַ 
יידישן טיש אום שאַבּעס. נאָר סאָפיאַ פּאָקראָוװוסקאַיאַ איז ווירקלעך 
ניט געווען, און די אַרומיקע װענט האָבּן אויסגעזען, װי אין אַ 
צימער פון אַ גאַסטהױז, װוּ היינט איז איינער בּאלעבּאָס, מאָרגן 
אַ צווייטער, און יעדערער לאָזט איבּער אין דער לופט זיין בּאַד 
זונדער רייעך. 

דאָס ערשטע, װאָס דער דאָקטער האָט דאָרט דערהערט, איז 
געווען אַ געשמאַקער טכילעס-אָװנטיקער שנאָרכען. 

אַז ער האָט זיך איינגעקוקט, האָט ער אַף די צװיי לאַנגע 
בּענק, װאָס שטייען לעבּן אויוון און לעבּן טיִש, דערזען שלאָפן 
בּיידע בּרידער פּאָקראַס -- צוויי לאַנגע בּאָכוּרים, וואָס האָבּן פון 
געזונטקייט פיל בּלאָטערן אַף די געהעפטע גראָבּע פּענימער, זי 
פאַרשפּרײטן אַרום זיך טאָמיד אַ רייעך פון נייע שטיול און 
טראָגן װי פון איבּיק אָן גרויע קאַװאַלעריסטישע שינעלן, כאָטש 
קיינער געדענקט ניט, אַז זיי זאָלן װען עס איז געװען זיין 
סאָלדאַטן, 

זיי קערן בּיידע צו סאָפיאַ פּאַקראָווסקעס ,כסידים"-- עס-ערן. 


און ווייל סאָפּיאַ פּאָקראָװסקאַיאַ איז ניט געווען, האָט זיך געדאַכט,. 


אַז זי זיינען געבּליבּן היטן איר שטובּ און אַז אַף עפּעס װאַרטן 


42 


זי דאָ -- עפּעס אומרויקס מוז דאָ נאָך היינט פאָרקומען. און װײל 
זיי האָבּן בּיידע איצט אין טכילעס אָװנט אַזױ שטאַרק געשנאָר- 
כעט, האָט זיך געגלױבּט, אַז דעם גאַנצן טאָג מיט דער גאַנצער 
פריערדיקער נאַכט האָבּן זיי אַרומגעשנאַרעט מיט סאָפיאַ פּאַ- 
קראָווסקעס שליכעסן איבּער דער געגנט, 
| דער דאָקטער האָט געװוּסט, אַז אין די אַרומיקע ווייטלעכע 

דערפער נעמט מען זיי אוף פאַר קריסטן, און דעריבּער האָט ער 
זיך איינגעקוקט אין זייערע שלאָפנדיקע פּענימער מיט אונטערגע- 
קלױבּענע קנייטשן אַפן שטערן, מיט אונטערגעהױבּענע בּרעמען 
און מיט שמייכלדיקע ליפּן. ער האָט אין גאָליכאַװקע נאָך געקאַנט 
דעם געשטאָרבּענעם פאָטער זייערן, יעכיעל פּאָקראַס -- אַ געזונטן 
יידן מיט פיל בּלאַװע אָדערלעך אין פּאָנים,. מיט אַ בּלאַװלעכער 
נאָז פון אַ ,סטאַראָסטע" -- אַ נאָז אַ פליישיקע און אַ בּעקאָװע- 
דיקע, װאָס פלעגט מיט יעדן פריילעכן שנייץ דערמאָנען אָן בּאַ- 
לעבּאַטישער בּרייטקייט און אָן זיין אייגענער שניט-קראָם, װוּ מע 
רייסט אָפּ לייוונט פאַר קוינים און מע וינטשט דערבּיי צו פון 
פולן האַרצן ; 

-- ,זאָל זיין מיט מאַזל", 

געהאָדעװעט האָבּן זיך בּאַ אָט דעם פּאָקראַס אַ פולע שטוב 
מיט קינדער, זיך געלערנט און זיך געריבּן אַף צו שנייצן די נעז 
פּונקט אַזױ הילכיק, וי זייער פאָטער. נאָר נאָכדעם, אַז יעכיעל 
איז געשטאָרבּן, זיינען די קינדער זיך פאַנאַנדערגעקראָכן איבּע 
דער װעלט, און אומגעקערט צוריק אַהער האָבּן זיך בּלויז אָט די 
בּאַכוּרים, װאָס שנאָרען איצט איבּער די דערפער און שנאָרכען 
איצט אין זייערע קאַװאַלעריסטישע שינעלן דאָ, בּאַ סאָפיאַ פּאַ- 
קראָווסקע אַף די בּענק; זי זאָגן גאָרניט, נאָר מיט יעדן שנאָרך 
דערמאַנען זיי דאָך, אַז זיי האָבּן בּיידע זיך מאַפקיר געווען צוליבּ 
דער ,אַרבּעט", װאָס סאָפיאַ פּאָקראָווסקאַיאַ פירט אין דער געגנט, 
און אַז זיי ווילן צוזאַמען מיט איר ראַטעװען אַלע אַרומיקע פּו- 
ערים, ראַטעװען דאָס גאַנצע לעבּן אין לאַנד... 

דער דאַקטער האָט אָפּגערוט פון נאָך זיין לאַנגן אומזיסטיקן 
וועג. זיצנדיק אינמיטן צימער אַף אַ בּענקל און פאָרשטעלנדיק 
זיך יעכיעל פּאַקראַס אַ לעבּעדיקן, האָט ער מיט שמייכלדיקע ליפּן 
נאָך אַלץ בּאַטראַכט דידאָזיקע צוויי בּאָכוּרים : 


4 


-- אַ סאַכאַקל,.. װאָס ?... די ראָד דרייט זיך... 

דער דאַקטער האָט זיך געפילט מאַט, 

אַן איינגענעמענע מידקייט האָט זיך פאַנאַנדערגעגאָסן אין אלע 
גלידער -- אַ מידקייט, וי נאָך אַ שװיץ-בּאָד, 

מידערהייט האָט ער געקאָנט אַזױ איינדרעמלען מיט שמייכל- 
דיקע ליפּן און מיט אונטערגעהױבּענע בּרעמען, װאָס דריקן אויס 
װוּנדער, ו 
די אַרומיקע ליבּע װאַרעם האָט אים געהאַרצט, 

אונטער דער בּרוסט איז פון רעגע צו רעגע געװאָרן אַלץ 
לייכטער און לײיכטער; זיינע אויגן האָבּן זיך אָנגעהױבּן בּוימל- 
דיק צו פאַרגלאָצן, דער דאַקטער האָט געװוּסט, אַז ער טאָר עס 
ניט דערלאָזן. 

פּלוצים האָט איינער פון די שנאָרכנדיקע בּאָכוּרים זייער אומ- 
געריכט מיט פאַרמאַכטע אויגן זיך געגעבן אַ זעץ אוף אַף דער 
בּאַנק, זייער פּלוצים געגעבּן אַ דריי מיט זיין קאָפּ אַף רעכטס 
און אַף לינקס, בּאַגלײיך ער הערט בּאַשטימט, אַז מע רופט אים, 
נאָר ער ווייסט ניט פון אַװעלכער זייט. און דער דאַקטער האָט 
פּלוצים דערפילט, אַן פאַר אים, אַ מענטשן אַ זייטיקן, איז גלייכער 
זיך ניט אַרײנצולאָזן מיט אָט דעם בּאָכער אין קיין שמועס-- 
גלייכער איז ניט אופהערן צו פאַרגלאָצן בּוימלדיק די אויגן, און 
זאָל דער בּאַכער מיינען, אַז ער דרעמלט, 

ער האָט ניט אויסגעגלייכט די איינגעהויקערטע אַקסלען; ער 
האָט זיך קיין ריר ניט געגעבן, נאָר אין צושטאַנד פון האַלבּן 
דרעמל ' האָט ער דאָך געפילט, קימאַט געזען, אַלץ, װאָס אַרום 
איט קומט פאָר. 

אָט קוקט דער בּאָכער אַף אים מיט טומפע, פאַרשלאַפענע 
אויגן -- ער ווייסט ניט פונװאַנען ער, דער דאָקטער, האָט זיך 
אַהער גענומען. 

אָט גייט דער בּאָכער צו דער טיר, ער הוסט זיך דאָרט אויס 
מיט קראַפט, װי ער װאָלט װעלן אַרױסכראַקען פון זיך אַלע בּייזע 
כאַלױמעס, און עפשער הוסט ער דאָס אומישנע, קעדיי דער דאָק- 
טער זאָל זיך אופכאַפּן, 

נאָר פאַרן דאָקטער לױינט איצט בּעסער צו דרעמלען אִף 
האַלבּ, אַף דריי פערטל... 


44 


אי הכל 


0 


אָט עפנט דער בּאָכער די טיר אין פינצטערן קאָרידאָר אַרײן 
און פון קאָרידאָר די טיר אין דרויסן אַרױס -- אַ קאַלטער שטראָם 
יאָגט אין שטובּ אריין; עס פילט זיך, װי אין דרויסן איז דער 
אָװונט טרוקן און האַלבּ-פּראַסטיק -- אַ דאָרפישער לעװאָנעדיקער 
אָװנט, 

עס איז שטיל. און װוידער הערט זיך: אַ וייטער הינטישער 
האַװקען קומט פון עקסטן דאָרף-װוינקל, װי פון קעגניבּער 
ווייטע ועלטן, 

איצט איז קלאָר: 

אין יענעם דאָרף-װוינקל צװישן דעם הינטישן האַװקען קומט 
ווירקלעך עפּעס פאָר. עפּעס אומרוּיקס דערנעענט זיך פֿון דאָרט 
אַהער צו דער שטובּ. דאָס אומרויקע אין דאָרט איבּערגעמישט 
מיט בּאַרוּיקטע קוילעס -- קוילעס, וי נאָך אַן אָפּגעלאַָשענער 
סרייפע, און אויך די קוילעס קומען אַהער צו אַלץ נעענטער און 
נעעגטער, 

אָט כאַפּט זיך אוף דער צװייטער בּאַכער פּאָקראַס און לאָוט 
זיך אָט די קוילעס אַקעגן. 

נאַר פאַרן דאָקטער, װי פאַר אַ מענטשן אַ זייטיקן, איז גלי- 
כער ער זאָל זיך ניט מישן אין קיין שום אומרויקע געשעעניש 
און זאָל ניט הערן דידאָזיקע קוילעס. 

דער דאַקטער רייסט איבּער, װי אומישנע, די לעצטע פעדי- 
מער, װאָס בּינדן אים מיט דער אַרומיקער אומרױיקײט; ער הי 
קערט זיך נאָך מער איין, ער פאַרלירט דעם קאָפּ אַף דער בּרוסט 
און דרעמלט איין מיט זיין ?עצטן װאַך-געבּליבּענעם פערטל, 

איצט כאָלעמען זיך אים קוילעס אָן מענטשן: 

-- סאַמע אונטערן דאָרף... 

-- וי געפעלט עס דיר? 
מערזאַווצע !.., 
-- כוליגאַנע !.., 


-- טי יי = 


אָנגעבּויגן צום לאָמפּ, װאָס אַפן קליינעם פאַרשפּרײטן טיש, 
איז געשטאַנען יוזי ספּיװאַק א שווייגנדיקער, אַ שװאַרצער, אַ 
קורצער, מיט צוויי אויגן--שװאַרצע טינטערלעך, מיט צוויי קליינע 


43 


: , 

װאָנסעלעך נאָך שװאַרצערע, װי די אויגן, און געדאַכט האָט זיך; 
ער בּאַטראכט זיינעם אַ פאַרשטאָכענעם נאָגל. 

פון נאָך זיין טיפוס-קרענק טראָגט ער א שװאַרץ בּײַקן העמדל, 
אינעם העמדל זעט ער אויס, וי אַ יונגער אַרבּעטער בּאַ אַ שנלי- 
דער -- צום שניידער האָט ער זיך פאַרדונגען אַף אַרבּעט, רעדן 
אָבּער איז ער ניט מעכויעוו, שתייכלאו ,"אי ניט, 

יוזי ספּיװואַק ; 

ער אין יענער געס'ער", יה פילט אויס די סאַמע 
שווערסטע שליכעסן פון סאָפיאַ פּאָקראָװסקאַיאַ מיט אירע ,כסידים", 
אַלע װאָך גאַנװעט ער די גרענעץ; דורך אים װערט אונטערגע- 
האַלטן די פאַרבּינדונג מיט די ,עס-ערן* װאָס פון ,יענער זייט", 
אַהין פירט ער יעדיעס, פון ,דאָרט" בּרענגט ער אינסטרוקציעס 
און ,ליטעראַטור", 

אַלײין איז ער אַ שטיק פאַרגליווערטער אַקשאָנעס, ער איז 
קליין אין װוּקס, ער איז וי צוויי טראָפּן געראָטן אין זיין קלע- 
נערן בּרודער מולין -- דעם יינגערן פּראָװיזער אין גאָליכאָװקער. 
נאַציאָנאַליזירטער אַפּטײק, 

אַכוץ יוזי ספּיװאַק האָבּן זיך אַרום לאָמפּ שוין געדרייט סאָ- 
פיאַ. פּאָקראָװוסקאַיאַ און די צוויי בּרידער פּאָקראַס. 

דעם אויסגעדרעמלטן דאַקטער האָט זיך געדאַכט: זי זיינען 
אַלע נאָר-װאָס אַרײנגעלאָפן פון דרויסן, און עפשער האָט זיך 
אים בּלויז אַזױ אויסגעוויזן, װייל ער האָט נאָר-װאָס געעפנט די 
אויגן. זיינע אויערן זיינען געווען פול מיט זייערע קוילעס--פריי- 
לעכע קוילעס, וי נאָך אַ זיג: 

-- מערזאַװצע ! כוליגאַנע ! 

-- וויפל זיינען זיי דאָרט געווען? 

-- דריי... אַף פערד. 

-- קיין פערטער איז ניט געווען. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן-- 
אַַפלעק: דער דעמבּ, װאָס הינטערן וועלדל, 

-- און פון הינטערן וועלדל איז בּאַלד אַרױס די לעװאָנע. 

-- פון הינטערן פּלױט האָט מען אַלץ געזען. 

-- און הינט האָבּן געבּילט, און הינט. האָבּן געבּילט.., 

פון אוּנטן אַרוף, איבּער דעם דאָקטערס רוקן איז דורכגעגאַנגען 
אַ קעלט, און אלץ איז מיטאַמאָל געװאָרן װאָכעדיק, פאַרשטענדלעך. 


40 


עס האָט זיך געהאַנדלט וועגן דריי קאַמינאָבאלקער ,געסט"-- 
וועגן מאַטראָס, װעגן דעם אַגענט און װעגן סליעדאָװאַטעל, װאָס 
האָבּן צוגעריטן מיטן פעלד גאָר נאָענט צו יאַנאָװע -- קינמאָל 
האָבּן זי אַזױ נאָענט צו רייטן נאָך ניט געװאַגט--דאָס האָט זי 
שוין, אַפּאָנים, געשיקט ,ער", דער נייער נאַטשאַלניק. הינטער 
אַ פּלױט פון א לעצטן פּויערשן גאָרטן, װוּ מע האָט געגרײיט 
פאַר יוזי ספּיװאַק א פור צו דער גרענעץ, האָבּן סאָפיא מיט יוזין 
אונטערגעקוקט, װי יענע דרייען זיך אַרום אונטער דער לעװאָנע 
אין פעלד אַף די פערד. 

און הינט האָבּן געבּילט... און הינט האָבּן געבּילט.., 

דער דאָקטער איז געוען פול מיט כאַראַטע, װאָס ער האָט 
זיך איצט אַרײנגערוקט -- ער, ,אַ מענטש אַ זייטיקער"--װאָס פאַר 
אַ שװאַרץ יאָר איז ער היינט אהער געקראַכן? 

אָט טוט סאָפיא פּאָקראַװסקאַיאַ אַף אים אַ קוק, בּעייס ער 
שטייט אוף און פאַרוויקלט זיך אין זיין מאַנטל אף אַװעקלאָן 
זיך צוריק אין וועג אַריין--זי קוקט אַף אים מיט מיטגעפיל, וי 
אף אַן אַלטן טאַטן, װאָס איז געקומען ניט צו דער צײט; זי 
הייסט אים װאַרטן, און אַלײין איז זי אַלץ בּאַשעפטיקט מיט גרייטן 
יוזי ספּיװאַק אין וועג אַריין-- זי קלעפּט מיט דער צונג דעם 
קאַנװערט פון אַ גרויסן פּאַקעט בּאַם לאָמפּ, 

אָט פאַרפאָרט אין הויף אַריין אַ פור, 

אין דעם, וי אַזױ אירע רעדער קלאַפּן אַף די צוגעפרוירענע 
הרוּדעס, פילט זיך, אַז די פור האָט זיך פאַר װאָס צו שרעקן, נאָר - 
זי וויל זיך ניט שרעקן. 

אויך דער דאָקטער פילט, אַז ער האָט זיך פאַר װאָס צו 
שרעקן, נאָר ער וויל זיך ניט שרעקן. 

ער קוקט, װי אַזױ ספּיװואַק טוט זיך אָן און גרייט זיך אין 
וועג אריין, מאָדנע צוצוקוקן, װי פּאַמעלעך ער שלעפּט אַף זיך 
די גראָבּע פּויערשע בּורקע, װי פויל ער שטופּט די הענט אין 
אירע אַרבֹּל. עס דאַכט זיך: עס האָט אים דערעסן--ער פאָרט אָן 
כיישעק. 

און אָט שטייען שוין אלע אין הויף. אַפן װאָגן זיצט יוזי, 
אַרום װאָגן דרייט זיך סאָפּיאַ פּאָקראָװסקאַיאַ, זי בּאַקומט א בּייכל 
און הינקט אונטער, וי אַ וװוייבּל אין קליין-טחאָגן, 


47 


אַרום סאָפיאַ פּאָקראָווסקע דרייען זיך בּײִַדע בּרידעו פּאָקראס 
און דער פּױיער, װאָס דאַרף אָנטרײיבּן; און פּלוצים טוט עמעצער 
אַ פרעג : 

-- װאַרט, און װוּ איז דער דאָקטער? 

-- זאָל ער אַרוף אַפן װאָגן 

-- יוזי װעט אים צופירן... 

-- ער װעט אים אַראַָפּלאָזן אונטער גאַליכאָװקע. 

דער דאַקטער האָט זיך פאַר אָט די װערטער דערשראָקן. ער 
האָט זיך ניט גערירט פון אָרט; ער האָט זיך פאַרטראַכט... 

און קעדיי זיך צום לעצטן מאָל איבּערצייגן, אַז ער איז 
ווירקלעך ,א מענטש א זייטיקער", איז דער דאַקטער געקראַכן אפן 
װאָגן, דער גרעסטער בּאַװײז, אַז ער קאָן ניט יוזין און וייסט 
ניט פון זיינע פּלענער איז דאָס, װאָס ער פאָרט מיט אים אַף 
איין װאָגן... אַדעראַבּע, מיט דעם בּאַװײיזט ער אַמבּעסטן, אַז ער 
איז דאָקטער בּאַבּיצקי -- ער קאָן קיינעם ניט, נאָר אים אָבּער 
קאָנען אַלע, אַו מע בּאגעגנט אים גיין צופוס, לייגט מען אים 
טאָמיד פאָר אַבּיסל אונטערצופאָרן. נאָר דאָס אַלץ איז לאָגיש, 
שוין צו טיף לאָגיש,.. אַ ?! ' 

זיצנדיק אױבּנאַן אין טרייסלענדיקן װאָגן, האָט דער דאָקטער 
געהאַט אַזאַ געפיל, גלייך ער איז דער הױפּט-פּאַרשױן, און דער 
קלײינװוּקסיקער יזי ספּיװאַק, װאָס קאָן עפשער דערהאַרגעט 
ווערן היינט בּאַנאַכט בּאַ דער גרענעץ, איז מער ניט װי א בּייזאַך. 

בּאַם דאַקטער האָט שוין װידער געשמײיכלט דער שפּיץ פוּן 
זיין נאָז, װי אַף צו זאָגן אַ וויץ, און דער זין פון אָט דעם ויץ 
איז איצט בּאַשטאַנען אין דעם, װאָס אין קאמינאָ-בּאַלקע װייסט 
מען ניט פון קיין לאָגיק... 

-- דאָס איז עס דאָך... די אייגנשאַפט פון קאמינאָ-בּאַלקע... 

און אָט, ווען די דריי קאמינאָ-בּאַלקער בּאַװײזן, אַשטײגער, 
זיך איצט בּאַ דער לעװאָנע פון הינטערן וועלדלי.. 

צום ערשטן װאָלטן זי געשאָסן, אַ?... און נאָכדעם גי דער- 
ווייז זיי, עס איז ניט געווען לאָגיש... אַ שלעכטע מײַסע, װאָס?... 

אַז װי נאָר דו שטעקסט אַרױס די נאָז אינדרויסן, אַזױ בּאַלד 
וערסטו אַריינגעמישט אין אוועלכער ס'ניט איז געשיכטע... בּע- 
סער איז, אַז מע זיצט אין שטבּ... 


48 


און ער איז מיטאַמאָל פול געװאָרן מיט אַ נאָגנדיק געפיל צו 
זיין שטובּ, װאָס אין עק שטאָט הינטערן קלויסטער - אַ געפיל, 
וי צו אַ געליבּטער, פון וועלכער ער האָט זיך אומזיסט געשיידט 
און וועלכע ער האָט בּיז היינט װי געהעריק ניט געשעצט, 

אַז ער האָט שפּעט אינאַװנט זיך דערנעענט צו איר פוּן אוג- 
טער דער שטאָט, װוּ יוזי ספּיװאַק האָט אים אַראָפּגעלאָזט פון 
דער פור, איז ער אַבּיסל געשטאַנען און האָט זי בּאַטראַכט: 

אַ שטובּ... אין פלוג אן אָפּנעפליקטע מיט קויטיקלעכע ווענט, 
און דאָך אַן אַנדערע, װי אַלע הייזער: אויבּ עס װעלן קומען גע- 
שעענישן, װעלן זיי אַרומכאַפּן װי אַ סרייפע די גאַנצע געגנט, און 
נאָר אָט די שטובּ מיטן אומגעװאַלגערטן פּלױט און מיטן גע- 
בּליבּענעם טויער... 

און דער דאַקטער איז שטיל אַריין צו זיך אין שטופ, ער 
האָט פון דענסטמאָל אָן קימאַט אינגאַנצן אופנעהערט ארויסצוגיין 
אינדרויסן, 

אין עטלעכע טעג אַרום איז צום דאָקטער, װי פון אַ סרײיפע, 
װאָס קעגניבּער ווייטע פּוסטע פעלדער, געקומען צו לויפן סאָפיא 
פּאַקראַװסקאַיאַ, אוּן געווען איז דאָס גאַנצפּרי, ווען דער דאָקטער 
איז נאָך געלעגן אין בּעט, 

מיט געשווינדע ציטעריקע הענט האָט זי געשלעפּט איר פּע- 
קעלע פון אונטער דעם דאָקטערס בּעט און האָט געזאָטן. פאר- 
בינדנדיק איר פּעקעלע אין אַ פאַרבּיקן גאַלעכישן טיכל און קווע- 
טשנדיק אַף דעם מיט די הענט, קעדיי עס זאָל אויסזען קיילעכיק, 
וי אַ בּינטל װעש, האָט זי געשווינד געשאַלטן דעם ניעם קאַ- 
מינאָ-בּאַלקער נאַטשאַלניק: 

-- װאָס פאַר אַ מאַגנאַט ? װאָס פאַר אַ שאַכטיאָר? מע האָט שוין 
נאָכדעם געזאָגט: אַ געװעזענער זעצער, צי א מאַשיגיסט אין 
אַ גרויסער טיפּאָגראַפיע... אַ ,קאָמוניסט אַ מעסוקענער". און איצט 
זאָגט מען: אן אַרבּעטער פון די שאַכטעס... דאָס האָבּן ,זיי", 
צי ער אַלײן אַרױסגעלאָזט אַזעלכע קלאַנגען, אומישנע, אומישנע... 
אַף צו פאַרדרייען די קעפּ,.. אַן אויסרייסעניש. אָט-װאָס: ער האָט 
צוריק מיט א פּאָר טעג אַרעסטירט בּאַ דער גרענעץ איינעם אַ זיי- 
גערמאַכער מיט פאַלשע פּעטער. דער זייגערמאַכער גיט אויס אַלץ, 


49 


אַלץ,.,. ער האָט איינמאָל אריבּערגעפירט פּעסער אויך פאַר אונדז, 
איצט האָט פיליפּאָוו בּאַנאַכט אַרעסטירט בא דער גרענעץ יי 
ספּיוואַק... אַרעסטירט האָט ער אים, ווען ער איז געפאָרן אהינ- 
צוּוועגס. יוזי האָט מיט זיך איצטיקס מאָל געפירט די פּאַפּירן 
גוט בּאַהאַלטן, איז װאָס-זשע האַלט ער אים, אוב ער האָט בּאַ 
אים גאָרנישט ניט געפונען? 

און זי איז, װי א צוג-ווינט, אַרױס פון דעם דאָקטערס שטובּ, 

איצטיקס מאָל איז זי געלאָפן קיין קאמינאָ-בּאַלקע אױסלאָזן 
איר בּיטער האַרץ צו נייעם נאַטשאַלניק, אויסלייזן יוזין, 

בּאַטאָג האָט מען צוגעקוקט, וי זי כאַפּט זיך אַרוף אין מאַרק 
אַף אַ פור און יאָגט אַװעק קיין קאַמינאָ-בּאַלקע. 

אַף די טרעפּלעך פוּן דער נאַציאָנאַליזירטער אַפּטייק איז אין 
ווייסן כאַלאַט געשטאַנען אַ דערשלאָגענער יוזי ספּיװואַקס קלענערער 
בּרודער מולי, זיין קערפּער האָט זיך געצויגן אין מאַרק אַרײן, 
גלייך ער האָט פאַרגעסן סאָפיאַ פּאָקראָווסקען עפּעס אָנצװאָגן. 

פאַרנאַכט האָט מען זיך דערװוּסט; 

סאָפיאַ פּאָקראָװוסקאַיאַ זיצט. דער נייער נאַטשאַלניק האָט צו 
איר געזאָגט: די אױיספאָרשונג וועגן ספּיװאַקן װערט געפירט, 
אויבּ ער איז שולדיק, װעט די שולד פאַלן אף אַלע, װאָס קומען 
פאַר אים בּעטן, 

סאָפיאַ פּאָקראָװסקאַיאַ האָט מען דאָך אין עטלעכע טעג אַרום 
פון קאַמינאָ-בּאַלקע אַרױסגעלאָזט. איצט ליגט זי קראַנק בֹּאַ זיך 
אינדערהיים אין יאַנאָװע. 

נאָר יוזי ספּיוואַק זיצט נאָך אַלץ, ער זיצט פעסט. מע לאָזט 
קיינעם צו אים ניט צו. צו זיין בּרודער מולין אי בּלוֹיז אָנגע- 
קומען יוזיס א צעטעלע--אַ צעטעלע מיט פיר ווערטער, 

מע האָט ניט געװוּסט קיין פּשאַט. צו מולין אין אַפּטייק איז 
עטלעכע מאָל אין טאָג געלאָפן דער ציין-דאָקטער גאלאגאנער, ער 
האָט נאָך יעדן בּייזן װאָרט זייער שטאַרק געפּינטלט מיט די אויגן : 

-- איך פרעג -- איז װער איז אָרנטלעך, אַ?... איז אַף װע- 
מען ?... גייט עס, אַ ?.., 

דאָס צעטעלע האָט מען איבּערגעשיקט צו סאָפיאַ פּאַקראָווסקע, 
װאָס ליגט קראַנק אין יאַנאָװוע. סאָפּיא פּאָקראָווסקאַיאַ האָט עס אָפּי 
געשיקט צום ציין-דאָקטאָר גאלאגאנער מיט א צושריפט: 


50 


| ,ס'אַראַ שרעק!!!* 

היינט גי טרעף װעמען זי מינט: יוזין אַלין, צי די זאַך,. 
וועגן וועלכער ער שרייבּט אין זיין צעטעלע. 

אינאָװונט איז מען דענסטמאָל געגאַנגען אַף דער הינטער-טיר 
צו יאָכעלזאָן דעם ,פּאָדפּאָלניק**), ועלכער איז נאָך גאַנץ פרי 
אַװעקגעפאָרן קיין קאמינאָ-בּאַלקע און האָט זיך נאָר-װאָס פון 
דאָרט אומגעקערט. יאָכעלזאָנס װייבּ--אַ געװעזענע מאָדיסטקע, 
װאָס װויקלט זיך אין זיידענע טערקישע שאַלן האָט אין שטובּ 
ניט אַרײנגעלאָזט. דאָך האָבּן נאָכדעם אַלע געװוּסט, װאָס מיט 
יאָכעלזאָנען האָט אין יענעם טאָג אין קאַמינאָ-בּאַלקע פּאַסירט: 

צוליבּ אונטערשרייבּן יאַכעלזאָנען אן אָרדער האָט דער נייער 
נאַטשאַלניק מיט װוייטיקן געמוזט אופשטיין פון בּעט, געווען איז 
בּאַ ליכט אַנצינדן. דער נאַטשאַלניק האָט צו יאָכעלזאָנען געזאָגט: 

-- אַף דיר, בּרודערקע, איז פאַראַן אַ כשאַד. צוזאַמען מיט 
קאָמוניסטישע ליטעראַטור, זאָגט מען, פּעקלסטו אַריבּער סכוירע 
איבֶּער דער גרענעץ. לעבּסט בּרייט... אַ? גוטער בּרודער, 

לעבּן יאָכעלזאָנס הינטער-טיר איז מען געשטאַנען אין אַ רעדל 
און מע האָט גערעדט, אַז עס איז שוין קלאָר: 

-- יענער, װאָס בּלאַנדזעט אַרום לעבּן קאַמינאָ-בּאַלקע, איז 
דער נייער נאַטשאַלניק אַלײין, 

-- ער איז גרויס, װי אַ ריז. 

-- ער טראָגט אַ גרויען פּױערשן בּעקעש, אַן אָפּגעפליקט 
פּויערש מיצל, | 

-- ער איז אַ געגאָלטער. 

-- זיין פּאָנים איז פארוואקסן מיט שטעכלקעס, 

-- אַז ער רײַט אַרױס פון קאַמינאָ-בּאַלקע, רײַטן אים נאָך 
דער מאַטראָס, דער אַגענט און דער סליעדאָװאַטעל, 

-- אַבּי מע האָט געזאָגט: אַלע אין קאַמינאָ-בּאַלקע זײַנען 
אַה אים לעהאַרעג אוּלאַבּעד?. 

-- אַבּי מע האָט געואָגט: ,ער איז מעסוקן קראַנק. ער ליגט 
צו בּעט. היינט מאָרגו װעט ער געגנען"... 


*) א געדונגענער שמוגלער בּא דער ,בּאזונדער-אָפּטײלונג? צוליבּ פֿאַרשײ- 
דענע צוועקן. ּׂ 


51 


/ 


צוויי נעכט קעסיידער האָט דער נייער נאַטשאַלניק אַלײן גע- 
היט די וועגן אין דער לינקער זייט פון קאַמינאָ-בּאַלקע. 

אַף דער צווייטער נאַכט האָט ער אַרעסטירט אַלע אַכט פור, 
װאָס האָבּן זיך פון גאָליכאָוװוקע אַרױסגעלאָזט, 

זיך דערװוּסט האָט מען עס שפּעטער: 

ער האָט אַרעסטירט די פורן אין לעצטן וועלדל, האַרט לעבּן 
דער גרענעץ; ער האָט זי פאַרהאַלטן אומגעריכט שפּעט בּאַנאַכט, 
ווען פילנדיק דעם נאָענטן אױסגאַנג פון וועלדל, האָבּן די מידע 
בּאַלעגאַלישע פערד אָנגעהױבּן צו ניסן מיט לײיכט-געװאָרענער 
פריילעכקייט, װי מיט גוטע בּסורעס, אַז אָט-אָט אין מען שין 
,פון יענער זייט". 

ער האָט מיט אַ געקייפלטן שאָס איבּערגעציילעמט דעם עג 
און אין דערזעלבּער צייט האָט ער אויסגעשריגן אַ פּאָר אומ- 
קלאָרע וערטער, פון וועלכע אַלעמען איז מיט אַ מאָדגער שנעל- 
קייט געװאָרן קלאָר, אַז דאָס איז ,ער"-- דער נייער נאַטשאַלניק 
אַלײן. 

נאָך דעם אַרעסט איז גאַליכאָװקע געבּליבּן געפּלעפט, װי די 
ווייס-געבּעטע וװינטערדיקע וייטקייטן, װאָס ציען זיך בּיו דער 
גרענעץ. 

הייזער האָבּן זיך אײינגעגראָבּן טיפער אין שניי, זיך איינגע- 
הויקערט, וי געשלאַגענע אַקראָבּאַטלעך, װאָס האָבּן ניט קין 
קויעך אָפּצוצאָלן מיט פּראָצענט דעם קעגנער. 

געװען איז דאָס בּאַלד אַף מאָרגן נאָך דער צוייטער נאַכט. 

אַ ברענענדיקער כּראָסט האָט פון גאַנץ פרי אָן געקאָװעט 
נייע קרעפטן, 


52 


הויך אין פאַראָסטעטן הימל האָט אין אַלאַכסן צו גאָליכאָװ- 
קער בּאַרג-אַראָפּ געשװוינדלט אַ גאָלדן רייפעלע פון שװאַך-אופ- 
גייענדיקער זון. 

-און פענצטער האָבּן געקוקט בּלינד, -- קוימענס אַה דעכער 
האָבּן פאַרגעסן, וי אַזױ לאָזט מען אַרױס דורך זיך רויך. 

טיף אין פּראָסטיקן נעפּל קלאפּן אַלע װײַלע הילצערנע פּאַנ- 
טאָפּל -- דאָס לויפן װייבּער פון אַרעסטירטע בּאַלעגאָלעס איינע 
צו דער אַנדערער אַף די הינטער-טירן. 

אין נעפּל פאַרלירן זיי זייערע פּלענער. 

די פרוי, װאָס שטייט איין בּאַ שמועל װאָלציס אין אַלקער, 
עפנט פּאַמעלעך די פאָרטל פון פענצטער און רוֹקט אַרױס אַ פריש- 
צוגעקעמטן געלאָקטן קאָפּ. 

אין נעפּל-פראָסטיקן דרויסן אי שטיל. קיינער קלאָגט ניט. 
אינעם ריידן, אינעם לויפן פון די בּאַלעגאָלישע װײיבּער איז פאַ- 
ראַן עפּעס פאַרהאַרטעװעטס און שטרענגס, װי אין װײבּער, װאָס 
האָבּן אַלײן אַװעקגעשיקט זייערע מענער אַף מילכאָמע. 

מיטלויפערנס זיינען פאַראַן אויך צװישן יענע װײבּער, 
וועמענס מאַנען זיינען נאָך דערווייל געבּליבּן אינדערהיים. און 
אָט אַפילע שמועל װאָלציסעס לאַנגע דאַרע װייבּ--זי גױדערט 
בּאַגלײיך מיט אַלע: 

-- שמועל,--שרייט זי,--װאַרט נאָר, שמועל ! 

אין קורצן ציצענעם פּעניאַרל לויפט זי אַלע וויילע אַרױס 
אין דרויסן אַף דער קעלט און גיט זיך דאָרט אַ יאָג איינגעבּיגן 
מיט דאַרע איבּערגעפלאָכטענע הענט אַף דער בּרוסט, גלייך איבּער 
דער שטאָט פליען בּאָמבּעס. זי כאַפּט אַ פּאָר ווערטער בֹּאַ אַ בּאַ- 
לעגאַלישער וייבּ, װאָס לויפט דורך פון איין הינטער-טיר צו דער 
צווייטער און קערט זיך אום צוריק. איר קאָל-- אַ קאָל אַף רייסן 
קװאָרים -- טוט געשווינד אַ גראָבּל די לופט; דענסטמאָל בּלייבּט 
שטיל די פרעמדע פרוי בּאַ זיך אין אַלקער. זי שטרענגט אָן בּיז 
גאָר איר געהער-- עס העלפט ניט - זי פאַרשטײט קיין ייִדיש 
ניט. זי שרייט אָן אַף איר קינד, עס זאָל זיצן שטיל -- עס העלפט 
ווידער ניט, 

בּלויז איינציקע װוערטער װאַרפן זיך אַרױס אין דער לופט: 

-- שמועל, הער נאָר, שמועל! 


53 


שמועל װאָלציס האָט זיך אָפּנגעשטעלט אַקעגן זיין ווייבּ איינ- 
געחויקערט, מיט פאַרקװועטשטע ציין און האָט געטרייסלט אַקעגן 
איר מיט בּיידע פויסטן ; 

-- בּעהיימע!... װאָס שריי -- -- -- -- סטו???! 

אַף צעלאָכעס דעם אומגליק, װאָס איזן געקומען אַף דער 
שטאָט, האָט ער ניט געװאָלט אַרױסרײדן קיין װאָרט. ער האָט 
גערײיניקט בּאַ זיך אינדערהיים דעם אַשׁ פון די אויוונס. בּאַ אים 
איז דאָס געווען אַ געויינהייט. טאָמיד, װען אַף דער װעלט איז 
אומרויק, נעמט ער זיך אינדערהיים צו אַ שװערער אַרבּעט. 

ער איז אַרײינגעקומען אין אַלקער, װוּ עס שטייט איין די 
פרעמדע פרוי, און האָט צו איר קיין קוק ניט געגעבּן. ער האָט 
זיך אַראָפּגעזעצט אף די קניען און האָט מיט צװאַמענגעצױגענע 
אויגן, מיט אַ פאַרקרימט פּאָנים פון אַ פאַכמאַן גענומען אַרײנקוקן 
אין הרובּע אַרײן, אַרױסשאַרן פון דאָרט דעם קאַלטן אַש אין אַן 
עמער. 

די פרעמדע פרוי האָט געפרעגט: 

-- אָנבּאָטן אים... האָט מען געפּרוּװט ? 

שמועל װאָלציס האָט זיך ניט אומגעקוקט. ער האָט זיך אַ 
בּייזער געגעבּן : 

-- וועמען ? 

די פרוי האָט געזאָגט: 

-- דעם נייעם נאַטשאַלניק, 

שמועל װאָלציס איז געבּליבּן קאַלט, װי דער אֵש, װאָס ער 
שאַרט אַרײין אין די עמער. ער האָט געענטפערט אַף פּאָטער צו 
ווערן : 

-- אַז מע ווייסט דען, װער ער איז? 

די פרוי האָט ניט אָפּגעטראָטן ‏ 

-- איז װאָס קלערט מען טוּן? 

שמועל װאָלציס האָט דערעסן. ער האָט אָנגענומען בּיידע פולע 
עמער מיט אַש און איז אַרױס אין דרויסן זיי אויסשיטן, דאָרט 
האָט ער זיך צוגעשאַרט צו אַ קליין מענטשן-רעדל, װאָס שטייט 
אַרום בּאַלעגאָלישע װײבּער, און האָט געהערט, װאָס מע רעדט: 

-- אין קאמינאָ-בּאַלקע צוישן די אַרעסטירטע אַף די זעקס 
פורן זיינען פאַראַן װײיבּער. 


54 


-- גווירים אויך. גווירים פון ווייטע שטעט. 

-- פאַראַן דאָרט אַרן לעמבּערגער פון גרויסן קאָזשעװנעם 
זאַװאָד, 

שמוּעל װאָלציס האָט דערפילט, אַז ער וייסט שוין, פאַרװאָס 
ער שווייגט אַ גאַנצן פרימאָרגן און פאַרװאָס ער איז בּייז; ער 
האָט אַרײנגעזאָגט אין רעדל אַרײן: 

-- װאָרעם מע איז בּעהיימעס... זאָל אַרן לעמבּערגער... זאָלן 
זיך די גווירים זאָרגן. נישקאָשע, זי האָבּן געלט. = . 

און פּלוצים איז פון אַקעגן עמעצער צוגעלאָפן און בּעקיון 
זיך אַ רייבּ געגעבּן אָן רעדל מיט אַ פאָנפע: 

-- מע איז געקומען אין שטאָט.,. פון קאַמינאָ-בּאַלקע. 

דער דרויסן האָט געגעבּן אַ װוּנק: 

--- אַרײנט אין שטוב ! 

שמועל װאַלציס האָט געדענקט, אַז אַװעקלויפנדיק פונעם רעדל, 
האָט ער געגעבּן אַ ניס--אַ סימען, אַז די קומענדיקע סאַקאָנע 
װעט אים ניט שאַטן; ער איז אַרײן צו זיך אין הינטער-הויז, 
פאַריגלט אֵף גיך די טיר און האָט זיך איינגעהערט: שטיל. גלייך 
דאָס לעבּן װעט זיך איצט אָנהײבּן בּאַנײס אַ קאָן 

שמועל װאָלציס האָס צוגעלייגט זיין אויג צום נידעריקן לאָך 
פון ריגל, און האָט זיך איינגעקוקט: ‏ 

פון אַקעגן, פון דער פּוסט-געװאָרענער גאַס האָט זיך דערנע- 
ענטערט אַ קאמינאָ-בּאַלקער פּאָרל-- איגומענקאָ דער מאַטראָס און 
מאַרפושא די היימלאָזע שיקסע, װאָס רוימט אין קאַנצעליאַריע. 
בּיידע האָבּן געקנאַקט יאָדערן. זײיַערע מײַלער האָבּן געשפּיגן שאַ- 
לעכצער און זייערע אויגן האָבּן געקוקט זייער פלייסיק און אופ- 
גערעגט, איבּערהױיפּט איגומענקאָס -- אויגן פון אַ קלוגן שטומען, 
װאָס האָבּן עפּעס פיל צו זאָגן, 

לעבּן שמועל װאָלציס אין טונקעלן הינטער-הויז איז אויסגע- 
װאַקסן זיין לאַנגע וייבּ. זי האָט געפרעגט : 

-- ער איז דאָרט דען, אַ ?... שמועל. 

שמועל װאָלציס האָט געהאַלטן דורכן לאָך איגומענקאָן אין 
אויג. ער האָט געענטפערט: 

-- דאָס איז דאָך ער, דער קאַמינאַ-בּאַלקער... 

-- וועלכער? 


55 


-- נו, יענער... מיט איין װאָרט, אַז מע דאַרף דאָרט 'עמעצן 
שיסן, איז ער, זאָגט מען, דערוף דער איינציקער, 
-- און װאָס װיל ער, אַ? שמועל, 
-- בּ... בֹּ... בּעהיימע !... דאָס קוק איך דאָך! 
שפּעטער האָט מען זיך דערװוּסט: 
מאַרפוּשא איז געקומען צום דאַקטער בּאַבּיצקי זיך הײילן: זי 
האָט געבּראַכט מיט זיך פון קאַמינאָ-בּאַלקע אַ צעטעלע, און אין 
צעטעלע אין געשטאַנען: 
,בּאַטראַכטן די בּירגערן מאַרפושא יאַנטשוק און היילן אירע 
אויגן, | 
,צוגעשריבּן פון קאַמינאָ-בּאַלקער בּאַזונדער-אָפּטײילונג* 
אונטערגעשריבּן: פיליפּאָװ. 
מאַרפושאַ איז אַרײינגעקומען צום דאָקטער בּאַבּיצקי אָן לאָשן 
און האָט אָפּגעגעבּן איר צעטל אָן לאָשן. 
אירע גלעזערנע אויגן האָבּן אַרופגעקוקט צום בּאַלקן און 
האָבּן געפּינטלט װי בּלינדע. 
איר פליישיק פּאָנים איז געװוען טומפּ, געקאָװעט פון פּראָסט 
און װוינט און בּאַזעצט מיט דרייעקיקע, העליש-רויטע און קאַלטע 
פלעקן, 
דער דאָקטער האָט זיך אַ וילע געלאָזט װאַרטן אין קיך, 
און אַלײן האָט ער בּאַ דער טיר זייער פויל גענומען זייפן און 
װאַשן די הענט. זיין צורע איז געװען פאַרקרימט, וי טאָמיד, 
ווען ער הייבּט אָן צו בּאַטראַכטן אַ קראַנקן, טאָמיד האָט ער אין 
אַזעלכע רעגעס איבּעראַנײיס בּאַשלאָסן : 
פע! אַ מיעסע זאַך... פּאַסקודנע צו זיין אַ דאָקטער. 
סאָפּקאָלסאָף האָט ער דער שיקסע געהייסן זיך צוועצן און 
האָט אַרײנגעקוקט אין אירע אויגן. 
נאָר מאַרפושעס אויגן זיינען געווען גלעזערנע -- אויגן, װאָס 
לאָזן ניט, מע זאָל אין זיי אַרײינקוקן. 
- דער דאָקטער האָט געװאָלט אױספּרוּון, צי הערט זי, װאָס 
מע רעדט צו איר, צי וייס זי, בּאַ וועמען זי דינט, און בַּי- 
כלאַל... צי פאַרשטײיט זי, װאָס אַרום איר אין קאַמינאָדבּאַלקע טוט 
זיך. ער האָט געפרעגט: 


560 


-- נו, און פּיליפּאָוו?.. דער נייער נאַטשאַלניק, הייסט עס, 
ער איז שוין געזונט? 

די שיקסע האָט װי ניט איינגעהערט, 

דער דאַקטער האָט מיט זיין גראָבּן פינגער שטאַרקער צוגע- 
קוועטשט אירע אויגן-לעפּלעך. 

-- פּיליפּאָוו,--האָט ער איבּערגעפרעגט, -- איך האָבּ געהערט, 
ער איז נאָך אַלץ קראַנק... װאָס? 

די מויד האָט בּאַנייס װי ניט איינגעהערט, בּאַנייס ניט גע- 
פילט דעם װייטיק פונעם דאָקטערס צוגעקוועטשטן גראָבּן פינ- 
גער. אַפּן האַלדז, אונטער דער הויט, האָט זיך בּאַ איר נאָר אַ ריר 
געגעבּן אַ ביינדל, װי בּאַ אַ מענטשן, װעמען ס'איז שטאַרק 
ענג אין שלונג, | 

-- סערטשאַיוּט, -- האָט זי פּלוצים פון מויל אַרױסגעזופּט, 

דער דאָקטער האָט ניט פאַרשטאַנעןף / 

-- איך מיין: ער איז דאָך קראַנק, האָבּ איך געהערט, ער 
שלאָפט ניט בּאַנאַכט, װאָס? 

נאָר אין דער מויד האָט זיך נאָך אַלץ געפילט א פֹאֲרגֵלי- 
ווערטקייט, אירע גלעזערנע אויגן האֶבָּן געקוקט צום בּאַלקן; 

-- סטאָניעט נאָטשיוּ, סטאָניעט. 

דער דאָקטער האָט װידער ניט פאַרשטאַנען: 

-- טאַק, טאַק, -- האָט ער זיך אַלײן געענטפערט, 

זיינע אויגן האָבּן זיך צוזאַמענגעצוגן און זי נאָך אַמאָל 
בּאַטראַכט ; 

-- ניט קיין גרויסער בּאַר-סײכל... איך זע שוין, 

דערנאָך האָט ער װידער גענומען װאַשן די הענט, און די 
לעבּעדיקע שװאַרצע אייגעלעך, װאָס אין זיין געלן קירבּעס, דעם 
פּאָנים, האָבּן דערבּײי צוגעקוקט, װי די שיקסע טוט אַ כאַפּ דאָס 
אָנגעשריבּענע רעצעפּטל פון טיש; זי פאַרבּינדט אין אײילעניש 
דעם שװאַרצן שאַל אַפן קאָפּ און אַנטליפט געשוינד, גלייך זי 
איז אַן אונטערגעשיקטע און האָט אירס דאָ אין שטובּ אָפּגעטו. 
אַפן טיש איז געבּליבּן איר צעטל : 

,בּאַטראַכטן די בּירגערן מאַרפושאַ יאַנטשוק און היילן אירע 
אויגן. צוגעשריבּן פון קאַמינאָרבּאַלקער בּאַזונדער-אָפּטײילונג*. אונ- 
טערגעשריבּן : פיליפּאָוו, 


51 


קעדיי ניט צו לאָזן בּאַ זיך קיין שום קאַמינאָדבּאַלקער שפּורן, 
האָט דער דאָקטער, װי אַ מעפונעק, קאַם צורירנדיק זיך, אָנגענומען 
דאָס צעטל מיט צוויי פינגער, זיך אַרומגעקוקט, אַ זוך געגעבּן אַן 
אָרט און עס אַרײנגעװאָרפן אין אויוון, 

נאָר שפּורן זיינען דאָך געבּליבּן, 

די שטילקייט בּאַם דאָקטער אין שטובּ איז געוען אַ בּאַזונ- 
דערע, אַ שטילקייט, װאָס האָט אַ זיקאָרן פאַר פאַרלױרענע קלאַנ- 
גען; זי האָט געדענקט: 

-- סטאָניעט נאָטשיוּ, סטאָניעט. 

קעדיי אַרױסצוטרײבּן אָט די געבּליבּענע װערטער פון דער 
שטילקייט, טוט דער דאָקטער אַ טראַכט, אַז די שיקסע איו כאָ- 
סערדייעדיק און אַבּיסל געליימט, און אַז פיליפּאָו, דער נייער 
קראַנקער נאַטשאַלניק אין אַ קאַט -- קענטיק, דער עמעסער קאַט; 
זיך אַליײין היילט ער ניט און די שיקסע שיקט ער מע זאָל זי 
היילן -- אַ מענטש, װאָס בּאַציט זיך וי אַ גאַזלען צו זיך אַלײן, 
איז װי קאָן ער זיך שוין בּאַציען צו מענטשן, װאָס פאַלן אַרײן 
צו אים אין די הענט? 

און אַקאָרשט איצט שטאַרקט זיך דעם דאָקטערס אומרוּיִקייט-- 
זי קומט פון דרויסן, פון שמועל װאָלציס שטובּ, װאָס געפינט זיך 
בּאַרג-אַראָפּ און בּאַהאַלט דאָרט אוים די פרעמדע פרוי מיט איר 
קינד. 

-- װאָס האָט זיך אָנגעקלעפּט דידאָזיקע פרוי'? װאָס האָט זי 
אים, דעם דאָקטער, אַרינצומישן|? װאָס יל זי פון אים מיט 
אירע בּריוו ?.. ער זאָל זי צוזאַמענפירן מיט אָט דעם פיליפּאָװן, 
וויל זי... איין קלייניקייט.., 


בּאַטאָג האָט יאָכעלאָזן דער פּאָדפּאָלניק דורכגעשפּאַצירט אין 
דרויסן, 

אינדערהיים איז געבּליבּן זיין יונגע און שיינע װייבּ -- זי איז 
דאָרט געזעסן װאָכלאַנג, װי נאָך א ליאַמע, --אַ ציגײינעריש- 
בּרױינע, מיט גרויסע גאָלדענע האַלבּע רינגען אין די אויערן, מיט 
אויגן, װאָס קוקן טאָמיד פאַרשמאַכט, שטאַרק מיד פון אייגענער 
שענקייט. 


58 


זי האָט זיך געוויקלט אין די זיידענע טערקישע שאַלן, װאָס 
יאָכעלזאָן בּרענגט איר פון יענער זײײט גרענעץ, און האָט זיך 
געפוילט צו רעדן. 

מע האָט געזאָגט: : 1 

אַ געוועזענע מאָדיסטקע אין אָדעס. יאָכעלזאָן האָט זי דאָרט 
צוגענומען פון דער אַרבּעט, 

פון בּיידע זייטן גאַס האָבּן גיך נאָך יאָכעלזאָנען געיאָגט 
קוילעס : 

-- יאָכעלזאָן ! 

-- זייט אַזױ גוט, 

-- איין רעגעלע, יאָכעלזאָן ! 

יאָכעלזאָן איז געגאַנגען גיך. אונטער זיינע געפּוצטע קונציקע 
שטיוול האָט דער שניי געסקריפּעט פריילעך, װי אונטער די 
שטיוול פון א כאָסן, װאָס דינט ערגעץ אין סאָלדאַטן און איז 
אַהער געקומען צו גאַסט צו זיין קאַלע. 

זיין קליינע פיגור איז געװען ענג איינגעצויגן אין שפּאָגל- 
נייע מיליטער-קליידער, פרישע, וי נאָר-װאָס פון דער נאָדל. 
זיינע אייגעלעך (קוקט זיי נאָר אָן -- אַזױ האָט מען אַף זי גע- 
זאָגט), -- אײגעלען, װאָס האָבּן שוין איין מאָל איינגעשלונ- 
גען די שרעק פאַרן טוט -- האָבּן שמייכלדיק צוגעפינקלט, קעדיי 
די שרעק זאָל זיך אין זיי נאָך אַמאָל ניט בּאַװייזן. 

זיינע בּעקעלעך זיינען געווען פאַרויטלט, װי נאָר-װאָס פון ‏ 
אונטערן גאָל-מעסער, און אָנגעפּודערט, וי בּאַ אַ מיידל. 

ער האָט זיך אומגעקוקט צו צְװויי װייבּלעך-- װײבּלעך פון 
אַרעסטירטע מאַנען, װאָס לאָזן זיך צו אים פון בּיידע זייטן גאַס. 

די פרוי, װאָס שטייט איין בּאַ שמועל װאָלציס, האָט עס 
דערזעען דורכן פענצטער. זי האָט געגעבּן א װאָרף איר קינד צו 
שמועל װאָלציס וייבּ אין שויס אַריין און אַליין איז זי אַרױס 
פון שטובּ. 

אַז זי איז אַרױס אין דרויסן, זיינען די צוויי װײבּלעך נאָך 
אַלץ לעבּן יאָכעלזאָנען געשטאַנען ; זיי האָבּן אים געכאַנפעט און 
אים געמאַכט כיינדעלעך, 

זי האָבּן צו אים געשמייכלט און אויך ער האָט צו זי גע- 
שמייבלט, | 


: 


59 


די װײבּלעך האָבּן אים הײימיש פאַרשטעלט דעם װעג און 
האָבּן גערעדט צו אים קלוימערשט מיט יעיצערהאָרעלעך אין די 
אויגן ; 

-- הערט, יאָכעלזאָן, װען װועט אייך שוין אַמאָל נעמען 
דער רועך? 

-- ווען װעט איר שוין אַמאָל האָבּן גאָט אין האַרצן? 

-- אַװאַדע געװוענדט עס זיך נאָר אָן אייך, יאָכעלזאָן. 

-- אַז אין קאַמינאָדבּאַלקע זייט איר מיט אַלע אַף ,דו". 

-- אַזאַ מאַקע אייך, װי אַז איר וילט העלפן, קענט איר. 

יאָכעלזאָן האָט אַלץ געשמייכלט. ער האָט אָפּגעמאָסטן פון 
קאָפּ בּיז די פיס די פרעמדע נעקייווע -- די בּלאָנדע פרוי, װאָס 
דערנעענטערט זיך צו אים פון שמועל װאָלציס שטובּ. 

-- נו, און איר ?--האָט ער זי געפרעגט,-- און װאָס װילט 
איר ? 

דערבּיי האָט ער געקוקט פאַרװוּנדערט, װי עס זאָל זיך אַרױס- 
ווייזן, אַז ער האָט דאָ אין שטאָט נאָך איינע אַ יונגע שיינע 
קאַלע-- אַ קאַלע, וועגן וועלכער ער אַלין האָט אַפילע בּיז איצט 
ניט געװוּסט, 


פון יענעם אױיגנבּליק אָן האָט זיך אייגנטלעך אָנגעהױבּן זיין 
בּאַקאַנטשאַפט מיט דער בּלאָנדער פרוי פון װאָלציס אַלקער - 
יאָכעלזאָן האָט זיך אַװעקגעלאָזן מיט איר שפּאַצירן. 

ער איז נאָכדעם אַריינגעקומען צו איר אין אַלקער. עס האָט 
זיך געהאַנדלט וועגן אַן אױסבּאַהאַלטן שטעגעלע, װאָס פירט נאָ 
ענט פאַרבּיי קאַמינאָדבּאַלקע צו דער גרענעץ. 

בּאם שטעגעלע קאָן שטיין עמעצער פון קאַמינאָ-בּאַלקע. אַז 
מע זאָגט זי אַ סימען, אַז יאָכעלזאָן האָט געשיקט, לאָזט מען 
דורך. 

יאָכעלזאָן האָט געשמייכלט: ניין, האָט ער געזאָגט, איצט 
ניט, מע דאַרף איבּערװאַרטן". און ער האָט געלאַכט פון זיך 
אַלײן, װאָס ער איז אַזאַ גוטער און װאָס יעדערער קאָן בּאַ אים 
אַלץ פּױעלן. 

ער האָט דערזען אין צימער דער פרויס צוויי גרויסע קערבּ: 


60 


-- אָ, אַ!--האָט ער געזאָגט,-- א בּורזשויקע! איך ווייס, אַלע 
בּורזשויקעס ווילן פון אונדז אַנטלױיפן, 

אַז שמועל װאָלציס וייבּ האָט אופגעהערט צו קערן די שטובּ 
און האָט זיך איינגעקוקט אין אַלקער אַרײן דורכן שפּאַלט פון 
די צוגעמאַכטע טירלעך, זיינען זיי דאָרט ביידע שוין געזעסן 
בּיידע האָבּן גערויכערט און זיך געקוקט אין די איגן, זיך גע- 
האַלטן פּאַר די הענט, זיך אָפּגעלאָזט און זיך ווידער געקוקט אין 
די אויגן. 

יאָכעלזאַן האָט דאָרט דער בּלאַנדער דערציילט, אַז ער איז 
אַ קאָמוניסט פון די ,סאַמע ערשטע", דעריבּער האָט ער פאַר 
קיינעם קיין מוירע ניט. פאַרקערט, אַלע האָבּן דאָ מוירע 
פאַר אים,., 

-- נו, יאָ,-- האָט די פרוי אונטערגעװאָרפן איר קאַפּ צוזאַמען 
מיטן רויך פון פּאַפּיראָס.-- און איך אויך, אַ קאָמוניסטן, װי איר, 
וי אַלע, דאָס הייסט: ניט קײַן אַפיציעלע. פאַרװאָס דען ניט? זאָלן 
מענטשן זיין גליקלעך. אײינמאָל בּין איך שוין אַפילע געווען בֹּאַ 
זיי אַף אַ שטעלע. קוקט: מיינע פּאַפּירן--אַ סעקרעטאַרשע... 

און זי האָט אים דערציילט, װי אַזױ פון איר שטעלע איז 
אַרױס אַ געשיכטע און זיי זיינען אָפּגעזעסן, זי און אירע אַ כאַ- 
װערטע; זייער שעף אויך... אַ , בּאַרטשוק", מיט רויטע בּעקלעך, 
מיט א בּאַבּרענעם קאָלנער, אַ ייד. צוליבּ אים האָט מען זי אַלע 
בּאַפּרײַט -- פּראַטעקציע. פון איר שעף איז זי אַנטלאָפן... דערנאָך 
האָט זיך איר געמאַכט אָט די רייזע. צו דער גרענעץ.. זי האָט 
דאָרט אַ מאַן. 

-- װוּ?-- האָט געפרעגט יאַכעלזאָן. 

-- דאַרט... -- האָט געזאָגט די בּלאָנדע, -- פון יענער זייט... 

און זי האָט פּלוצים אַ מאַך געגעבּן מיט דער האַנט מיטן 
רויכערדיקן פּאַפּיראָס צו יענער זייט, װוּהין מע פאָרט צוּ דער 
גרענעץ, 

אַ מאַך געגעבּן אַזױ געשווינד, אַז מע האָט ניט געקאָנט װיסן, 
צי דער מאַן אירער איז דאָרט ,פון יענער זייט" אַן עמעסער, צִי 
אַזױ זיך אַ מאַן... 

דערנאָך האָט מען אין אַלקער שוין מער ועגן גאַרנישט ניט 
גערעדט... 


1 


שמועל װאָלציס וייבּ האָט שוֹין דאָרט מער ניט געקאָנט 
איינשטיין און אונטערקוקן בּאַ די טירלעך, ווייל, אַז אָךְ און וויי 
איז צו איר -- צו יאָכעלזאָנס װייבּ דאָרטן.. 

בּאַ שמועל װאָלציס איז מען אינאָװנט געזעסן איך קיך בֹּאַ 
אַ לעמפּל און מע האָט גערעדט וועגן דער בּלאָנדער: 

-- אַז בּאַ אַזױנער קען מען דען ויסן, װער זי איז? 

-- מיט איין װאָרט: אין די צוויי קערבּ פירט זי אירע ,מיי- 
סים טויווים", 

געזעסן זיינען אין קיך שמועל װאָלציס, זיין וייבּ און נאָך 
איינער אַ קױטיקלעכער און ‏ שלעפערדיקער יּנגערמאַן, אַ 
בּוּכהאַלטער אין יענער זעלבּער זעג-מיל, װווּ שמוּעל װאָלציס האָט 
בּיז צוריק מיט אַ פּאָר כאַדאָשים אומזיסט אַװעקגעלײגט זיין געזונט, 

שמועל װאָלציס האָט געטײַנעט: 

-- װאָס דען ? מעשוגע בּין איך ? איכל גיין אַרבּעטן אַפן טאָג 
אין זעג-מיל ? איכל בּלייבּן אַ קאַפּצן און זי אַלע, װאָס האָבּן אין 
גאָליכאָווקע הייזער, װעלן שאַרן פון דורכפאָרער מיט די לאָ- 
פּעטעס ? 

געזעסן איז דאָרט אויך אין קיך איינער אַ שאָכן--אַ פאַר- 
זאָרגטער קלעזמער -- אַ געל-בּערדלדיקער, אַ געשוירענער, מיט 
בּלויע בּרילן אוֹן מיט אַ רייעך פוּן גערויכערטע פישלעך, כאָטש 
קיין גערויכערטע פישלעך זיינען שוין פון פאַר דער מילכאָמע אָן 
ניטאָ אין פאַרקויף. ער האָט גערעדט װעגן די שלעכטע ציטן; 

-- דאָס שלעכטסטע,--האָט ער געזאָגט,--איז, אַז זיי רופן דיך 
אונטער זייערן אַ יאָנטעװו צו זיך --,די גרויסע"-- און הייסן דיר 
שפּילן דעם עמעסן מאַרש... גלאַט אַזױ... צי , זיי" צאָלן געלטל.., 
איך בּין זיי מויכל. 

ער האָט דערציילט ועגן די אַכט פורן, װאָס דער נייער נאַ- 
טשאַלניק האָט אַלײן אַרעסטירט, וועגן איינעם אַ יונגן יידישן 
רױטאַרמײער, װאָס האָט זיך אַף איינער פון יענע פורן געפונען; 
וועגן דעם, װאָס צום אַרעסטירטן רױטאַרמײער אין פּיליפּאָװ 
אַרײינגעקומען אין קאַמער און האָט אויסגערוּפן זיין נאָמען. ער 
האָט בּאַ אים געפרעגט: ,װי אַזױ אין עס מיט דיר געשען?" ער 
האָט אים געלאָזן אין קצַמער פּאַפּיר און האָט אים געהייסן: 


62 


-- נאַ, שרייבּ אַלצדינג אוף, 

און פּלוצים האָט מען גיך איבּערגעריסן דעם שמועס, 

אין שטובּ דורך דער הינטער-טיר האָט זיך אין זיין אַלטן 
שווערן מאַנטל אַרײנגעשלײַכט דער דאָקטער. 

ער האָט זיך גערוקט גנייוויש מיט אַ זייט און מיט גיכע 
דריבּנע טריטלעך ; זיינע אויגן האָבּן ניט געקוקט אין די זײטן; 
זיין פּאָנים האָט אויסגעדריקט פאַרדרוּס: 

-- זע נאָר, שוין געווען פאַרשיקט... צוועלף יאָר סיבּיר... און 
געבּליבּן אַ בּאַל-פּאַכאַד, א ? סקאַנדאַל... 

בּאַם אַרײנקומען צו דער פרוי אין אַלקער, האָט ער זיך פאַר- 
קרימט. אים איז געווען מיעס צו בּעטן בּאַ "ענעם די מינדסטע 
טויווע, אַפילע אַזא קלייניקייט, װוי: 

-- לאָזט מיך צורו... 

די פרוי אָבּער האָט דאָרט אַ קוּק געגעבּן אַה אים מיט דער- 
שראָקענע אויגן, קאָשערע, וי ציילעמלעך, 

דערנאָך האָט זי צו אים אַ שמייכל געגעבּן מיט די בּרעמען. 
איר קורצע געפּודערטע נאָז האָט געמאַכט כיינדלעך -- אַ כיינדל 
דעם דאָקטער, אַ כיינדל דער לופט. 

און בּאַלד האָט זי גענומען אָנמעסטן אַפן דאָקטערס געזעס 
אַלע שטולן, װאָס געפינען זיך אין צימער, קעדדי אױסצופּרוּון, 
אַף וועלכן שטול װעט דעם דאָקטער זיין בּעסער צו זיצן, 

אַװעקזעצנדיק זיך אַקעגן, האָט זי געשווינד פאַרויכערט. בא 
איר האָבּן געשמייכלט די לעפּלעך פון די אױגן: 

-- סיי-ווי-סיי,-- האָט זי געזאָגט,-- צו אייך, דאָקטער, דאַרף 
איך מער ניט אָנקומען. פאַרן שרעקלעכן קאַמינאָ-בּאַלקער נאַ- 
טשאַלניק זאָל אייך ניט אַרן. איך האָבּ שוין געהאַט צו טון מיט 
פיל שרעקלעכערע פון אים, און פאַר דער אייצע אַװעקצופאָרן צו- 
ריק אַהיים -- אַ שיינעם דאַנק אייך, אַ שיינעם דאַנק אייך, דאָק- 
טער... צוריק פון דאַנען פאָר איך ניט אַװעק, אָט װאָס.. אין 
קיין פּאַל... ווייל ווייטער מיט פיר-פינף שאָ פאָרן איז אַן עק-- 
אויס רעװאָליציע... איר פאַרשטייט, דאַקטער? דאָרט, ,פון יענער 
זייט" שיט אויך אַלע פרימאָרגן אַ שניי, װי דאָ. נאָר דאָס איז 
אַן אַנדער שניי, אַ ,ווייסער", אַ פרייער -- אַ שניי פון יענער זייט 
רעװאָליציע, אַז איך װעל קומען אַהין, ,פון יענער זייט", װעט 


63 


שוין עפשער פאָרט זיין פרילינג. ערגעץ אין אַ שטאָט, בֹּאַ אַ 
בּרעג יאַם װעט שפּילן מוזיק -- גלאַט אַזױ מוזיק, אָן רעדעס. איך 
װעל דאָרט בּאַגעגענען אַן אָרעמאַן און װעל אים געבּן אַ נעדאָװע... 
דאָ אַף דער זיײט, אַז איך האָבּ פאַר מיין אַװעקפאָרן געגעבּן אַן 
אָרעמער פרוי אַ נעדאָװע, האָט זי מיר די נעדאָװע צוריק אַ 
װאַרף געטון. זי האָט מיך געשאָלטן. און פאַראַן, דאָקטער, צוויי- 
ערליי קאַפּצאָנים,-- פאַראַן בּייזע, אומװערדיקע; גיט אַזעלכן אַ 
נעדאָװע, װעט ער אייך שעלטן, איר זאָלט מאָרגן זיין װי ער,- 
און פאַראַן גאָטספאָרכטיקע, ליבּע, װאָס בּענטשן אייך. זי זיינען 
בּאַשאַפן געװאָרן, מע זאָל האַנאָע האָבּן, װען מע גיט זי אַ נע- 
דאָװע. יאָ, יאָ, דאָקטער, לאַכט ניט... דאָס זיינען יענע הײליקע 
אָרעמע, װאָס האָבּן אַרומגערינגלט דעם יעזוס, 

דער דאָקטער איז געזעסן אַקעגן דער פרוי, געזעסן איינגע- 
הויקערט און האָט װי געדרעמלט, ווייל עס איז פּונקט געווען די 
פאַרנאַכטיקע צייט, ווען ער װאַלגערט זיך אַלע טאָג אַריין אין 
בּעט אין די קליידער און שנאָרכט אַריין טיף אין אַװנט, סאָפ- 
קאָלסאָף האָט ער זיך אופגעהויבּן. 

אַװעקגײענדיק, האָט ער פאַרגעסן זיך געזעגענען, וי ער 
פאַרגעסט טאָמיד, ווען מע רופט אים צו א קראַנקן 

אופגעװאַכט האָט ער אָקאָרשט אין פינצטערן הינטער-הויז, 
וו שמועל װאָלציס האָט אים אָנגעיאָגט מיט אַ בּרענענדיקן לאָמפּ 
אין די הענט און אים אַ וויילע פאַרהאַלטן. שמועל װאָלציס האָט 
בּאַ אים װידער געפרעגט וועגן דער פרוי. 

איצטיקס מאָל האָט זיך שמועל װאָלציס אומגעקערט צו זיין 
וייבּ מיט אַן ענטפער -- דער דאָקטער האָט אים אין הינטער-הויז 
וועגן דער פרוי געזאָגט: 

-- אַ פּאַסקוּדסטװע... אַ פּאַסקודסטװע... 


1צ 


די זייט, װאָס צוּ דער גרענעץ:-- 

אַ הוילער לאָך, 

אַמאָל זיינען דאָרט געלאָפן און זיך געקרייצט די ועגן. איצט 
שיט דאָרט שניי, װי אַף כאַרעװ צו מאַכן אַ לאַנד, װי אַף אַן 
אומקומעניש, 

שוין עטלעכע טעג -- זינט פיליפּאָוו אַלײן האָט אַרעסטירט די 
פורן -- אַז דאָרט הערט ניט אוף צו דרייען און צו בּלאָזן. 

אינמיטן פעלד, אַף פאַרװײעטע ערטער, ליגן אומגעפאַלן און 
פאַרשאַטן די סימאָנים פון שטרוי, װאָס עמעצער אַמאָל האָט 
אַװעקגעשטעלט. עס איז שטיל, װי נאָך אַ װאָכן-לאַנגן געשריי. 

און אַרום גאָליכאָוװוקער הייזער, װוּ מע שאַרט דעם שניי מיט 
לאָפּעטעס, שװעבּן די ווערטער, װאָס איין בּאַלעבּאָס פאַרטראָגט 
צום צווייטן ; 

| + ה"ל 

-- מ'עט ניט פאָרן, א ?... איך מיין... 

-- מ'עט פאָרן. 

-- מ'עט ניט פאָרן. 

-- מיעט פאָרן. 

פון שמוגלער-מענטשן, אָנגעלאָפּענע פון אויסרייסעניש, װאָס 
גיבּן זיך אויס פאַר מעסוקן לײַטישע און זעען אויס מעסוקן פאַר- 
דעכטיק -- ווערן גאַליכאָװוקער הייזער געשװאָלן, װי די הויפנס 
שניי פאַר די פענצטער, 

זי קומען אַהער אינמיטן נאַכט און פאָרן פונדאַנען ווייטער 
ניט אַװעק--אָט די שמוגלער-מענטשן. פונװאַנען און פּאַרװאָס 
לויפן זי איז אַ סאָד-זאַך -- באַ יעדערן זיין סאָד-זאַך. 


65 


אַף די הינטער-טירן גייען אַרום די צוויי געזונטסטע גאָל- 
כאָווקער בּאַלעגאָלעס -- בּונעם דער רויטער און כאַצקל שפּאַק. זי 
זעען אויס, וי אױסגעשלאָפענע קלעזמער נאָך דער כאַסענע און 
נעמען װי ניט װילנדיק אַדערופן, 

זיי שמייכלען פױילבּלעך, װי מענטשן, װאָס ווייסן עפּעס מער 
איידער אַלע אַנדערע ווייסן, און בּאַרימען זיך, אַז ווען זי בּיידע זאָלן 
געװוען פּאָרן דענסטמאָל -- אין יענער נאַכט, װען מע האָט אַרע- 
סטירט די אַכט פורן -- װאָלטן זיי דעם נייעם נאַטשאַלניק געוען 
געגעבּן ; 

-- פּאָשעט. מיטן העקעלע איבּערן קאָפּ איין מאָל און צויי 
מאָל, און אַן עק -- פּאָטער.., 

אַף בּונעמען און אַף כאַצקלען קוקט מען קרום. מע גלױבּט 
זיי ניט, מע האָט פאַר זיי מוירע. 

נאָר אַדערופן גיט מען זי -- גאָליכאָווקער פאַרופן זיי אַלײן, 
זי זאָלן נעמען בּאַ זייערע געסט אַדערופן און בּאַגלײטן זיי נאָכ- 
דעם אַרױס פון די הייזער, קעדיי זיך מיט זיי צו טיילן, 

אין שמוגלער-מענטשן, װאָס זעען אויס מעסוקן לײַטיש און 
מעסוקן פאַרדעכטיק, בּרענט דער צאָרן פון לייטישקייט. זיי סוי- 
דען זיך: 

-- מע בּאַנעמט... מע בּאַנעמט... 
און װער? 
-- יידן 11,, 
-- בֹּאַ יידן !?., 


איז דאַן געווען איינער אַזאַ בּאַטאָג-- אַ ‏ שװוינדלערישער, וי 
בּונעם דער רויטער מיט כאַצקל שפּאַק -- אַ באַטאָג, װאָס גיט זיך 
אויס פאַר אַ טונקעלן פאַרנאַכט, 

איינציקע שנייעלעך האָבּן דאַן שוין נאָר געפלאַטערט אין דער 
לופט, געבּלאָנדזעט לינקס, געבּלאָנדזעט רעכטס, װי אַף אופצוהערן. 
נאָר בּאַטאָג האָבּן זי פּלוצים ווידער אַ שאָט געגעבּן זייער דריבּנע 
און זייער געשווינד, 

אין קאַמינאָדבּאַלקער כמאַרנעם װינקל האָט נאָך אַמאָל גע- 
שמיסן מיט זאַװערוכע, און פון דער זאַװערוכע אַרױס האָט זיך צו 


6 


! = גאָליכאָווקע דערנעענט אַן אָנגעזאָטלטע שקאַפּע מיט אַ לאַנגן 
פּאַרדריפּעטן עק, מיט אַ מיד אָנגעבּױגענעם קאָפּ און מיט אויגן, 
| = װאָס כאַלעשן זיך צומאַכן און דרעמלען. 
| אַף דער שקאַפּע איז גלייך, אויסגעצויגן געזעסן אַ ריזיק קרעפ- 
| טיקע פיגור, אַ פאַרקלייסטערטע און אַ קאַלטבּלוּטיק-פּאַמעלעכע, 
| װי דער דרויסן, דערקאָנט האָט מען די פיגור בּלויז אָן בּאַנדאַ- 
 |‏ זשירטן האַלדז, אינעם פּויערישן בּעקעש און אינעם פּויערישן מיצל, 
!= װאָס איז אָנגערוקט בּיז איבּער די אויערן. 
פּאַמעלעך, וי אַפּצעלאָכעס דעם שניי, װאָס שיט אַף איר און 

אַפן פערד זייער געשווינד, איז די ריזיקע פיגור צוגעריטן בֹּיז 

צום ערשטן געוועזענעם קרעמל, װוּ עס געפינט זיך איצט דעם 

מיליציאָנערס פּאָסטן, און האָט דאָרט אַ פּרוּוו געטון די שטימע-- 

אַ זויערלעכע שטימע, אַ הייזעריקע און בּייזע. 

פונעם געוועזענעם קרעמל - דעם פּאָסטן איז אַרױסגעלאָפן 

| דער מיליציאָנער, און אַרױסלױפנדיק, זיך דערשראָקן, אויסגע- 
| הערט סאָלדאַטיש-שטוּם, װאָס מע הייסט און איז געשווינד אַװעק 
| בּאַרג-אַראָפּ, 

נאָר אַז דער מיליציאָנער איז מיט זיין שליכעס אָנגעקומען 
אין שטאָט, זיינען דאָרט אלע געסלעך שוין געווען פּוסט, 

עס איז אויסגעקומען: 

די שרעק, װאָס טראָגט זיך ארום דער ריזיקער פיגוֹר, איז 
אָנגעקוּמען אין שטאָט אַרײין מיט עטלעכע רעגעס פריער, איידער 
די פיגור אַלײן -- אין אַלע הייזער האָט מען שוין געװוּסט: 

-- אין שטאָט איז דאָ פיליפּאָו. - 

-- געקומען רייטנדיק--,ער" אַלײן. 

-- ער וויל ‏ זיך דורכריידן, 

-- ער װאַרט בּאַם מיליציאָנער אין קלייטל, 
| -- ער האָט געשיקט רופן אַלע בּאַלעגאָלעס. 
-- בּאַלעבּאַטים פון איינפאָר-הייזער אויך... 
-- װאָס איז עפּעס נאָר פון איינפאָר-הייזער ? 
ו לעבּן הינטער-טירן האָט מען זיך געקריגט מיט בּאַלעגאָלעס, 
װאָס גװאַלדעװען צוזאַמען מיט זייערע װײיבּער: 
| -- שלעפּט דעם דאַיען, נישקאָשע... ער האָט בּאַ זיך אין שטובּ 
געסט... ער האַלט געסט... 


61 


-- זאָלן גיין מיט אונדז אַלע, אַלע--אין גאָליכאָװקע איו יע- 
דע שטובּ אַן איינפאָר-הויז, 

עס האָט אָנגעהױיבּן ווערן טונקעלער, 

אין דרויסן לעבּן דעם פּוסטן קרעמל -- דעם פּאָסטן האָבּן זיך 
געהויקערט בּאַלעגאָלישע ,פּאָלושובּקעס" -- און גלאַט ייִדן, פיינע, 
געצערטלטע פּענימער. געקרייזלטע בּערד און קרומע געויכטער, 
געבּויגענע אַקסלען, בּאַלעבּאַטים מיט פארשטארטע פּלײיצעס, וועל- 
כע ס'איז שווער צו זיך אַרופצוגעבּן, װי ס'איז שװער צו 
פאַרקערעווען פוילע, ניט פאַרצוימטע פערד; װייבּער -- אומגליק- 
לעכע געשטאַלטן, 

אַ געפיל איז בּאַ אַלע געווען אַזאַ, גלייך איצט, אַף דער 
עלטער, ווען מע האָט שוין גרויע בּערד, רופט מען איבּעראַנײס 
זיך שטעלן צום פּריזיוו, 

מע האָט געקוקט מיט אַנגסטן אַף דער טיר פון קלייטל. 

נאָר דער נאַטשאַלניק איז פון קלייטל ניט אַרױסגעגאַנגען. 


פיליפּאָוו איז געזעסן אין קלייטל אינעם בּעקעש און אין 
היטל, געזעסן מיטן רוקן צו דער טיר, מיטן פּאָניִם אַקעגן פענצ- 
טער, װאָס בּאַם קליינעם הינקענדיקן טישל, און האָט זיך געהאַלטן 
אין איין קרימען, 

פאַרקרימטערהייט, מיט פּאַמעלעכע ווייטיקלעכע בּאַװעגונגען, 
האָט ער אַראָפּנעװיקלט די וויקל-שנורן מיט די קאָמפּרעסן פון 
זיין האַלדזדאון-נאַקן. 

-- לאָז אַרײן, -- האָט ער זויערלעך געזאָגט צום מיליציאָ- 
נער, -- לאָז אַרײן איינציקווייז, 

און ער האָט זיך ניט אומגעקוקט צו דער טיר, דורך וועלכער 
דער מיליציאָנער איז געגאַנגען אַרײינלאָזן 

ער האָט געדרייט דעם האַלדז אַקעגן דעם מיליציאָנערס קליי- 
נעם אָפּגעריבּענעם שפּיגעלע און האָט געטאַפּט מיט די פינגער 
די האַרטע געשװאָלענע ערטער. 

בּאם ערשטן אַרײנגעלאָזטן בּאַלעגאָלע--בּאַ ‏ בּונעם דעם 
רויטן -- האָט ער אַזױ פאַרקרימטערהייט אוּן ניט אומקוקנדיק זיך 
געפרעגט : 


8 


-- וויפל בּיסטו אַלט? 

בּונעם דעם רויטנס פאַרפּריעטע אייגעלעך האָבּן אַ קוק גע- 
געבּן אַף די אומגעלומפּערטע צעשטעלטע פינגער פון זיין אי- 
גענער בּאַלעגאָליש-רױטער צעהאַקטער האַנט און האָבּן זיך מיט 
אָט די אומגעלומפּערטע פינגער װי בּאַראַטן: ער האָט מיטאַמאָל 
בּאַקומען מוירע זיינע יאָרן אוסצוזאָגן. 

-- אַכט... און דרייסיק,--האָט ער אַרױסגעלאָזט פון מויל 
זייער פּאַרװוּנדערט, געהיט און מיט אַזאַ געפיל, גליין ער װעט 
בּאַלד דערוף כאַראָטע האָבּן. 

-- נו, אָט, -- האָט געזאָגט פיליפּאָו,-- איך אויך... אומגעפער. 

און בּונעם האָט מיטאַמאָל דערפילט, אַז דער נאַטשאַלניק האָט 
צו אים גאָרנישט. -- דער נאַטשאַלניק איז מיט אים אין איינע 
יאָרן. 

בּונעם איז געװאָרן בּאַ זיך שטאַרקער. פּלוצים האָט דער נאַ- 
טשאַלניק אויסגעדרייט צו בּונעמען דעם קאָפּ. 

דעם נאַטשאַלניקס אויגן האָבּן זיך אָנגעגאָסן מיט אַ היציקער 
געלקייט ; 

-- און אַז דו װעסט פירן צו דער גרעגעץ,--האָט ער פּאַמע- 
לעך און האַרט אַרויסגערעדט,-- װעל איך דיך שיסן. 

ער האָט נאָך מער אויסגעדרייט דעם קאָפּ און האָט זיך גוט 
איינגעקוקט אין בּונעמען: 

-- אַפן ערן װאָרט!.. איצט גיי... קאָנסט גיין, 

און ער האָט װידער גענומען טאַפן אַקעגן שפּיגעלע דעם גע- 
שװאָלענעם האַלדז, 

-- װאָט אָנאָ, װאָט אָנאָ--האָט ער הייזעריקלעך אַ זיפץ גע- 
טון,-- פּאָמיִראַט פּאָראַ... 

ווען אין קרעמל האָט מען אַרײנגעלאָזט כאַצקל שפּאַק, האָט 
פיליפּאָוו שוין געהאַט אָנגעהױבּן צוריק צו פאַרװיקלען אַרום 
האַלדז די קאָמפּרעסן מיט די וויקלשנורן. ער האָט זיך צו כאַצקל 
ניט אומגעקוקט, 

-- די רעװאָליוציע,-- האָט ער געזאָגט, - איז װי אַ זאַק. מיר 
שטאָפּן אים און שטאָפּן, און איר זייט דאָ בּאַ דער גרענעץ, וי 
די מייז. איר עסט אויס אַ לאָך אין סאַמע עק-אַלץ פונעם זאַק 
שיט זיך אויס... װאָס מיינט איר ?.. מע ווערטלט זיך מיט אייך ? 


69 


דערנאָך האָט ער זיך אופגעהויבּן, אָנגערוקט זיין מיצ? 
טיף איבּער די אויערן, אַרױסגעגאַנגען אין דרויסן, ער איז וי 
מיטאַמאָל געװאָרן פיל ייִנגער, פול מיט קרעפטן, 

אין דרויסן האָט ער צו קיינעם קיין קוק ניט געגעבן, בֹּאַ- 
גלייך ניט ער האָט געהייסן דעם גאַנצן װאַרטנדיקן אוילעם אַהער 
רופן, ער איז אַרוף אֵף דער אָנגעזאָטלטער שקאַפּע, אַרוּף גע- 
שווינד, וי אַף אַװעקצורײטן אָן אָטעם צוריק קיין קאַמינאָ-בּאַלקע. 

נאָר איידער ער איז אַװעקגעפאָרן, האָט ער זיך פּלוצים 
אויסגעדרייט צו די װאַרטנדיקע מענטשן. ער האָט אָנגעהױבּן צו 
ריידן, 

דענסטמאָל האָט צװישן די בּאַלעגאָלישע פּלײיצעס אַ קרעכץ 
געגעבּן אַן אַלטיטשקער בּאַל-אַכסאַניע מיט קאַליע, קלעפּיקע אויגן, 
אַ געלבּלעכער זאָקן, װאָס הערט שלעכט און פאַרשטײיט שלעכט. 
ער האָט זיך איינגעקלאַמערט אין עמעצנט אַן אַרבּל און זיך גע- 
האַלטן אין איין דערפרעגן: 

-- װאָס זאָגט ער... אַ? 

דעם אַלטיטשקן האָט מען געענטפערט: 

-- ער זאָגט: ער האָט פּאָלנאָמאָטש. 

דער אַלטיטשקער האָט זיך געקרימט : 

-- װאָס הייסט עס, אַ? 

-- פון דער רעװאָליוציע... ער האָט, זאָגט ער, פּאָלנאָמאָטש 
פון דער רעװאָליוציע צו מאַכן אַש פון אַלע, װאָס שטייען דאָ און 
פון גאַנץ גאָליכאָווקע. 

-- פאַרװאָס ?,,. אַ? 

-- ווייל מע פעקלט אַריבּער איבּער דער גרענעץ אַלערלײ 
שװאַרץ-יאָרן, 

דער אַלטיטשקער האָט אַלץ געפּינטלט מיט די קאַליע אױגן; 

-- אוּן איצט װאָס זאָגט ער? 

--- זיך ניט פּלאָנטערן בּא דער רעװאָליציע צװישן די פיס, 
זאָגט ער... ער ווינטשט אונדז, מע זאָל זיך צוזוכן לייטישערע 
פּאַרנאָסעס. ער הייסט זאָגן אַלע פרעמדע, װאָס געפינען זיך אין 
שטאָט, זיי זאָלן זיך פאַרנעמען פון דאַנען מיט גוטן -- זי זאָלן 
זיך אומקערן צוריק אַהיים, 

און מע איז װי פון אַ לעװאַיע געגאַנגען צוריק אַהײים, 


70 


שווייגנדיק אוֹן גיך האָט מען זיך פאַנאַנדערגעשאָטן צװישן 
די ערשטע הייזער, װאָס בּייגן זיך בּאַרג-אַראָפּ, און אַז מע האָט 
פאַרשלאָסן נאָך זיך די טירן, האָט מען עס געטון מיט אַ קלאַפּ, 
וי אַף אײבּיק, בּאַגלײך מע װעט שוין מער קײינמאָל ניט אַרוס- 
גיין פון שטובּ, 

בּאַ שמועל װאָלציס אין שטובּ האָט מען זיך געװאַרעמט בֹּאַ 
דער הרובּע און מע האָט גערעדט װעגן דער בּלאַנדער, װאָס 
שטייט איין מיט איר קינד אין אַלקער: 

-- נו? פאַרװאָס איז זי ניט געגאַנגען צו ,אים" אַהין אין 
קרעמל? פאַרװאָס איז זי ניט געלאָפן, ,ער" זאָל זיך דאָרט אין 
איר פאַרליבּן ? 

און אין דרויסן זיינען אַלע געסלעך געווען פּוסט, כאָטש צו 
נאַכט איז נאָך געבּליבּן אַ גוטע שאָ. 

בּלויז די בּרידער פּאָקראַס אין די גרויע קאַװעלעריסטישע 
שינעלן האָבּן זיך אין אופרעגעניש געדרייט פונעם צייך-דאָקטער 
גאַלאַגאַנער צו יוזיס בּרודער אין דער נאַציאָנאַליזירטער אַפּטײק, 
זיך געדרייט פריער פּאַמעלעך, דערנאָך אונטערגעלאָפן, זיך גע- 
דרייט פריער אַליין, דערנאָך צוזאַמען מיט גאַלאַגאַנערן, זיך גע- 
דרייט זייער בּאַשעפטיקט, װי זיי װאָלטן זיך עפּעס געגרייט אין 
וועג און איינער דעם צווייטן אונטערגעאיילט, 

פון פאַרבּײַיקע הייזער דורך די פענצטער האָט מען זיי נאָכ- 
געקוקט מיט שפּאָטיקן מיטגעפיל, קימאַט מיט ראַכמאָנעס. געדאַכט 
האָט זיך, אַז זיי זיינען בּאַלײדיקט--וועגן זיי, האָט זיך אַרױסגע- 
וויזן, האָט דאָך פיליפאָוו קיין טראַכט ניט געגעבּן, זײי האָט ער 
פאַרגעסן הייסן מע זאָל זיי רופן. 

אין גאָליכאָװוקע האָט מען זיך דערװוּסט : 

-- פיליפּאָוו האָט זיך פאַרקילט, 

-- טאַקע אין יענעם פאַרנאַכט. 

-- ער ליגט צום בּעט. 


אין אַ פּאָר טעג אַרום איז קיין גאָליכאָװקע אָנגעלאָפּן די 
פור פון קאַמינאָדבּאַלקער בּאַזונדער-אָפּטײלונג. אַ פור, פאַר װעל- 
כער גאָליכאָװוקע שרעקט זיך, װי פאַר אַ קאַטאַפאַלק, 


11 


בּאַטאָג האָט זי פּלוצים געשווינד אַראָפּגעהעצקעט פון שטאָ- 
טישן בּאַרג, 

זי האָט פאַרבּיילויפנדיק אָנגעיאָגט שרעק אַף דער גאַנצער 
לענג פון מאַרק, 

זי האָט אין איילעניש אַ קער געגעבּן לינקס צום טױבּן אָפּ- 
געשלאָסענעם געסל, װאָס הינטערן קאַטױלישן קלויסטער און איז 
שטיין געבּליבּן פאַר די פענצטער פון דאָקטער בּאַבּיצקיס וי- 
סטער שטובּ. 

זי האָט דאָרט געװאַרט לאַנג, 

די צוויי גרויסע ווייס-געפלעקטע פערד האָבּן געקוקט מיט 
פרעמדע מידע אויגן, װאָס זעען אויס, װי ניט-היגע. יעדער אויג: 

-- אַ קלאָלע צו גאָליכאָװוקער שמוגלערישע פּאַרנאָסעס. 

אוֹן אַכוץ דעם שמײַסער -- אַ קויטיקלעכער סאָלדאַט מיט אַ 
בּיקס אַפן רוקן -- איז דאָרט, צוגעשפּאַרט מיט די פּלײצעס צום 
געקאָװעטן װאָגן, געשטאַנען דער קאמינאָ-בּאלקער קלײינװוּקסיקער 
מאַטראָס איגומענקאָ. ער האָט געהויקערט זיינע בּרייטע אַקסלען 
און האָט ניט אַרױסגעװיזן קיין מינדסטן אינטערעס צום דאָקטער 
בּאַבּיצקי, נאָך װעמען די פור איזן געקומען. ער האָט בּייזלעך 
געזויגן פון זיין קורצער פּײַקע און האָט אין ערגעץ ניט געקוקט. 

-- צילן,-- האָט ער געװאַרפן איינציקע ווערטער צום סאָלדאַט, 
װאָס זיצט אין װאָגן הינטער זיינע פּלײצעס,--צילן צילט מען אַף 
זיכער. דאָ בּיסטו גערעכט. עס געווענדט זיך אָן א בּיקס: איינע 
האָט ליבּ מיט א האַלבּן פינגער העכער, איינע -- מיט א האַלבּן 
פינגער נידעריקער. דאָס, בּעהיימע דו, איז אַלץ, נו, און אנהרעיעוו 
איז אַ לעמעשקע און האָט קינמאָל ניט געפּרוּװט. אַלץ, װאָס ער 
האָט דיר אָנדערצײילט, איז, הייסט עס, קאַבּאק, און מער גאָרניט, 

איגומענקאָ האָט געווארט רוּיִק מיט אַראָפּגעלאָזטע אויגן און 
פון אַקעגן האָט אים מיט אַן אָפן מויל בּאַטראכט דעם דאָקטערס 
טויבּ-שטומער. ער האָט געפרוירן לעבּן דער טיר, װי אַ קויטיקער 
שטיק פונעם קאַלטן כמאַרנעם דרויסן, און האָט געקוקט אף איגו- 
מענקאָן מיט אויסגעגלאָצטע, האַלבּ-דערשראָקענע אויגן. 

אַלע וויילע איז דער טויבּ-שטומער געלאָפן אין שטובּ אַרײן 
רייסן דעם דאָקטער פאַרן אַרבּל. ער האָט זיך, װי אײינגעבּראָכן, 
פאַרבּיסן מיט די פאָרנטיקע ציין זייער טיף אף דער אונטערשטער 


12 


ליפּ, דערביי האָט זיין צוזאַמענגעצױגענע נאָז זייער שטאַרק אַנט- 
פּלעקט אירע לעכער, און זיינע אויגן האָבּן געװוּנקען צום דאָקטער 
װועגן דעם מאַטראָס, װאָס שטייט אין דרויסן. ער האָט אונטער- 
געשפּרונגען און האָט בּאַװיזן מיט אַ פינגער, וי אַזױ מע שניידט 
איבּער אַ האַלדז, 

מיט בּיטערקייט אין פּאָנים האָט דער דאָקטער געבּעטן דעם 
טויבּ-שטומען, ער זאָל אופהערן. ער האָט אים בּאַװיזן מיט דער 
האַנט: 

-- איך ווייס שוין... איך ווייס... גיי דיר אַװעק. 

פון אופרעגונג האָבּן זיינע אַלטע בּאַקן, וי פון זיך מאַלע- 
גיירעט, 

זיין קאָפּ האָט אונטערגעציטערט. 

זיינע לאַנגע האָר זיינען אים קיינמאָל ניט געווען אַזױ איבּע- 
ריק, װי איצטער; זיי האָבּן פאַרשטעלט די אױיערן. 

עטלעכע מאָל האָט ער דורך דעם קליינעם פענצטער-פערטל 
ארויסגעשטעקט זיין פּאָנים אין דרויסן. ער האָט זיך דער- 
פרעגט : 

-- ער איז אין קאמינאָ-בּאַלקע קראַנק? 

מע האָט אים געענטפערט קאַלט: 

-- דער גאַטשאַלניק.., פיליפּאָוו, 

-- ער ליגט צום בּעט? 

-- ער ליגט, 

נאָר מיט אַ רעגע שפּעטער האָט ער זיך פאַרגעסן. 

פון צעטראָגנקײט, צי פון מוירע, האָט ער ניט בּאַװיזן ענדיקן 
מיטאָג און האָט װוידער זיין קאָפּ אַרױסגעשטעקט: 

-- ער האָט געהייסן פאָרן... נאָך מיר, הייסט עס ? װער 
האָט געהייסן מיך בּרענגען? 

-- כאַװערטע סאַשאַ. 

דעם דאָקטערס צעטראָגענע אויגן האָבּן געשפּריצט אַרום זיך 
פונקען פון נייגעריקייט. הייסט עס, ס'איז עמעס, װאָס מע האָט 
נעכטן דערציילט: , אין קאַמינאָ-בּאַלקע איז שוין איצט ווידער די 
כּאַװוערטע סאַשאַ, יענע, װעלכע האָט דאַ דעם אַלטן נאַטשאַלניק 
פאַר נאַכלאָזיקײט אַראָפּגעזעצט און איז פּיליפּאָווס אַ גרויסע 
כּסידע--- זי היט זיין געזונט, 


73 


און פיליפּאָוו אַלײן ליגט צוּם בּעט, אַזױ זאָגט מען-- מיט 
גרויסע ווייטיקן. ער לאָזט צו זיך ניט צוֹי.. 

און געדאַכט האָט זיך דעם דאַקטער, אז פיליפּאָוו איז קראַנק 
מיט אַ טשיקאַװע, נאָך ניט געוועזענע נייע קרענק, א קרענק, 
װאָס קען קומען נאָר אף אַ מענטשן וי פּיליפּאָו-- א מענטשן, 
װאָס אַז ער הייסט עמעצן שיסן, העלפן ניט קיין שׁוֹם כאָכמעס, 
ווייל ניט ער הייסט שיסן -- עס הייסט די געשיכטע. 

דערטרונקען אין זיין גרויסן שעפּסענעם פּעלץ, פאַרװיקלט מיט 
אַ שאַל פונױבּן, איז דער דאָקטער סאָפקאָלסאָף אַרוסגעקומען פון 
זיין שטובּ, 

דער פראָסט מיטן װינט האָבּן אים גלייך אָפּנעפרישט, איז ער 
וי געקומען צו זיך. זיין נאָז האָט זיך פאַרשפּיצט, װי אף צו 
זאָגן אַ װיץ: 

-- איז אָט װער איז קראַנק, א?... פּכע! דער שאָליעך פון 
דער געשיבטע... 

נאָר פאָרן מיט צוויי פּאַרשױנען, װאָס זיינען נאָך אים געקו- 
מען, איז געווען ניט איבּעריק היימלעך. דערצו נאָך איז אים 
פוּס-טריט נאָכגעגאַנגען דער טויבּ-שטומער. 

פּעלצנדיק זיך זייער געשווינד אין זיין צעריטענעם, קליין-גע- 
װאָרענעם בּעגעד, האָט דער שטומער זיך געקרימט, גערוקט אַף 
די אויערן זיין אָפּגעפליקט מיצל און האָט געבּילט מיט טיפע 
קוילעס, מע זאָל אַף אים װאַרטן, 

אָט איז די פור שוין גרייט אָפּצופאָרן. דער דאָקטער---אױבּנאָן; 
איגומענקאָ און דער קויטיקלעכער סאָלדאַט--נעענטער צו די פערד, 
מיט די פּלײצעס צום דאָקטער. 

אָט טוט אַ פאָך די בּייטש. נאָר בֹּאַם טױיבּ-שטומען איז, 
אַפּאָנים, בּאשלאָסן ניט צו פאַרגלױיבּן קיינעם זיין אַלטן. אויך ער 
האָט זיך געגעבּן אַ כאַפּ ארוף אַפן װאָגן און איז געבּליבּן 
זיצן מיט נאָכבּאָמבּלענדיקע פיס, ניט ווייט פון איגומענקאָן 

די פור האָט זיך פאַרהאַלטן, 

-- צוליבּ װאָס דאַרף מען אָט דעם?- האָט זיך א קרים 
געטון דער סאָלדאַט, 

-- אַראָפּ!--האָט איגומענקאָ אַ קוק געגעבּן צום שטומען, און 
גוטמוטיק, וי צו אַ שטומען, גענומען אים ווינקן ער זאָל אַראָפּקריכן, 


4 


-- זאָגט אים ער זאָל אַראָפּ--האָט ער אַ קוק געגעבּן צום 
דאָקטער,-- שווער אף דער פור. 

דער דאָקטער האָט װי ניט איינגעהערט. דער טױבּ-ישטומער 
האָט זיך ניט גערירט. די פור האָט א קווענקל געטון און איז 
אַװעק פון אָרט, 

די רוישיקע רעדער האָבּן פאַרשלונגען איגומענקאָס װאָרטשען. 
זיינע אומצופרידענע אקסלען האָבּן זיך געקנייטשט, וי אַף עפּעס 
פון זיך אַראָפּצוּװואַרפן, 

דער סאָלדאַט, װאָס טרײיבּט אָן, האָט זיך געשאָלטן, 

פּלוצים האָט איינער פון זיי געגעבּן א קליינעם שטויס אָפּ 
דעם שטומען. קונציק מיט אַ רוק פון א קרעפטיקן עלנבּויגן האָט 
ער אים אַרױסגעשטױסן פון װאָגן, 

דער דאָקטער האָט קאם בּאַװיזן זיך אומצוקוקן צו יענעם 
אָרט, װוּ דער שטומער איז געבּליבּן אַף אַלע פיר, 

-- שטיי נאָר !... שטיי!--האָט דער דאָקטער א שווים געגעבן 
מיט בּיידע הענט,--איי! איי! אילן.,. שטיי נאָר, שטיי! 

נאָר קיינער האָט זיך צו אים ניט אומגעקוקט. 

די פור האָט בּלױיז מיט מער געשוינדקייט אַװעקגעטרײסלט 
אַפן האַרטן שפּיציקן שטיין פון געסל, און ווייל קיינער האָט ניט 
אָפּגעענטפערט, האָבּן דעם דאָקטער זיינע אייגענע וערטער 
א קלונג געגעבּן טשיקאַװע, בּאַנלייך ער װאָלט געװען ניט קיין 
לעבּעדיקע זאַך, נאָר אַן איינגעהויקערטער קלומיק, אַ קלומיק, 
א קאַרבּן, וועלכן די פור האָט אַװעקגערױבּט פון זיין שטובּ און 
דעריבּער. אַנטלויפט זי מיט אים אַזױ שטאַרק, דעריבּער יאָנט זי 

-- ניט פיין,-- האָט ער געדרייט מיטן קאָפּ---ניט פיין... 

נאָר די צוויי פּאָר פּלייצעס, װאָס פאַר זיינע אויגן, זיינען גע- 
בּליבּן האַרט און קאַלט. קיין זייטיקע מענטשן האָבּן זיי מיט זיך ניט 
געװאָלט פירן. די קעפּ אַף דידאָזיקע פּלייצעס האָבּן זיך געבּויגן 
איינער צום אַנדערן, זיך דורכגעװאָרפן מיט װערטער, װאָס האָבּן 
צום דאָקטער קיין שײַכעס ניט געהאט, און דער דאָקטער האָט 
פּלוציִם דערפילט, אַז זיי רעכענען אים ווירקלעך פאַר א פיל נֵי- 
דעריקערן סאָרט מענטשן, איידער ער אַליין רעכנט זיך; ער איז 
בּאַ זיי, בּאַ אָט די פלייצעס, אין געפענקעניש און די פּלײצעס 
אַלײַן זיינען װי פון שטאָל; זיי זיינען שטרענגע -- זי זיינען פון 


15 


דאָרט... פון קאמינאָ-בּאַלקע, און וער ווייס די עמעסע סיבּע, צוליבּ 
וועלכער זיי פירן אים איצט: עפשער-- אַ רעכילעס... א מעסירע... 

יעדנפאַלס, איז דאָס א מאָדנע געשװינד פאָרעכץ -- עפּעס וי 
א פאָרעכץ אין גענעם אַרײן... 

אַ פּאָר מאָל האָט דער דאָקטער געפּרוּװוט בּעטן, מע זאָל פאָרן 
אבּיסל מער פּאַמעלעך, קעדיי עס זאָל װייניקער טרייסלען, נאָר 
קיין איינער פון די צוויי פּאַרשױנען האָט זיך צו אים ניט אומ- 
געקוקט. זיינע װערטער זיינען װידער פון קיינעם ניט דערהערט 
געװאָרן, און דעריבּער איז דער דאָקטער בֹּאַ זיך נאָך מער אַראָפּ 
געפאַלן. 

ער האָט זיך אַרומגעקוקט מיט פאַרלאָרנקײט: די פור טראָגט 
אים געשווינד מיטן וועג אינמיטן פעלד, 

אַרום און אַרום זעט זיך ניט קיין איינציקער מענטש. 

נישטאָ צו וועמען צו שרייען. 

נאָר ווען עס זאָל אַפילע יאָ זיין צו װעמען, װאָלט שרייען 
געווען איבּעריק, נאַריש, עס װאָלט גאָרנישט ניט געהאָלפן. פאַר- 
פאַלן... עס אי שלעכט: 

ער, דער דאָקטער, איז אַרוף אַף עפּעס א מאָדנער פור, אַף 
וועלכער ער האָט בּעשומויפן אַרוף ניט געװאָלט -- אַ פור פון 
דער רעװאָליוציע... 

אומבּאַמערקט פאַר זיך אַלײן האָט ער אָנגעהױבּן איבּערצו- 
קלייבּן בּאַ זיך אין מויעך די לעצטע פערציק יאָר פון זיין אָפּגע- 
לאָזן לעבּן אין גאָליכאָװקע און זוכן אַף זיך כאַטאָים, פאַר וועלכע 
ס'װאָלט אַף אים איצט אין קאַמינאָ-בּאַלקע געװאַרט אַ שטראָף. 

נאָר דערמאָנען זיך אָן עפּעס וויכטיקעס, אויסער די קליינע 
רעכילעסלעך, װאָס ער טראָגט אָפּ צו סאָפּיאַ פּאָקראָװוסקע--האָט 
ער איצט בּאַ זיין גרויסער פאַרלאָרנקײט בּעשומויפן ניט געקענט, 

דידאָזיקע פערציק יאָר פון אים, אַן אָפּגעלאַָזענעם מענטשן, 
װאָס קאָן זיך ניט אײינאָרדענען, האָבּן זיך בּלױיז אויסגעוויזן זייער 
פאַנאַנדערגעװאָרפן און צעשװוּמען, װי פיל אױסגעבּראַכטע, ניט 
פאַרשריבּענע הױצאָעס, 

אַלץ, װאָס אין זיין לעבּן האָט פּאַסירט, איז אים איצט אויס- 
געקומען קויטיק, קאַלט און פראָסטיק, װי דער אַרומיקער דרויסן. 
איבּער וועלכן ער טראָגט זיך, װי דער בּרודיקער שניי, װאָס איז 


76 


אַף די פעלדער אויסגעפלעקט מיט טונקעלע בּערגלעך מיסט, װי 
די ראָבּן, װאָס טראָגן זיך איבּער זיי, און װי דאָס גאַנצע פּוסטע 
ווינקל דאַ בּא דער גרענעץ, א העפקער-ווינקל, װאָס פאַרשלינגט 
זיין זינלאָז לעבּן און טוקט זיך מיט דעם אינעס שמוציקן װינטער- 
דיקן פאַרנאַכט, 

פון אַרײנטראַכטן זיך אין אָט די שטױבּיקע לעבּנס-ישפּאַלטן 
איז דער דאָקטער געװאָרן בּלויז אומעטיק, וי ער װאָלט נאָכגעגאַנגען 
נאָך זיין אייגענער לעװואַיע און װאָלט זיך בּאַטראַכטן, 

ער האָט זיך נאָך מער איינגעהויקערט, זיך אַרײינגעצױגן אַלץ 
טיפער און טיפער אינעם גרויסן שעפּסענעם פּעלץ; ער האָט בּיס- 
לעכווייז פאַרלוירן דעם קאָפּ אַף דער בּרוסט און האָט אָנגעהױיבּן 
דרעמלען, 

און אַז ער האָט זיך אופגעכאַפּט, איז שוין דער פאַרנאַכט געווען 
פיל נעענטער און טונקעלער, און פון אַקעגן פון צוישן פיל גע- 
קייפלטע בּערגלעך, װאָס ליגן אָנגעװאָרפן איין בּערגל העכער 
פונעם צווייטן, האָבּן שוין אַרױסגעקוקט די טויטע שפּיצן פון 
קאמינאָ-בּאַלקער פאַרלאָזטע קלויסטערס... קלויסטערס פון אַ כאָ- 
רעוו געװאַרענעם מאָנאַסטיר, 

פון ווייטנס האָבּן זיי אויסגעזען דעם דאָקטערס פאַרשלאָפענע 
אויגן, וי אַ שפּילצייג, אויסגעשניצט פון קאַרטאָן, צי פון בּלעך, 
און דער כמאַרנער הימל אין יענעם ווינקל האָט װי געזשאַװערט 
טיף און טיף אין האָריזאָנט אַריין. די גלעקער האָבּן דאָרט שוין 
א פּאָר יאָר ניט געקלונגען. די מאָנאַסטיר-װענט זיינען געווען אָפּ- 
געקראָכן און אָפּגעפאַלן, װי די ווענט פון כורוועס, און געדאַכט 
האָט זיך אַלץ אָן אופהער, אַז דאָרט איז ניט קיין ,עק", נאָר אַן 
,אָנהייבּ", 

אָט בּאַװייזן זיך דאָרט זייער הויך די ערשטע אָנגעצונדענע 
פייערלעך, און אויך זײי זיינען ניט קיין פּאַשעטע; זי זיינען 
קאלטע פייערן פון מידאַס-האַדין, פייערלעך, איבּער װועלכע עס 
איז בּאַלעבּאָס ,ער", פיליפּאָװו, אַן אַרבּעטער פון שאַכטעס -- זי 
זיינען פייערן פון עפּעס א מאָדנע-נייער שטרענגער וועלט. 


דד 


זץ 


געווען איז שוין מאַמעש טונקל, װוען די פור מיטן דאָקטער 
האָבּן צום ערשטן קאַמינאָ-בּאַלקער טויער דערגרייכט, : 

לעבּן טויער -- אָנגעפרוירענע װייבּער, װאָס מע לאָזט אַרין 
איין מאָל אין װאָך צו די אַרעסטירטע מאַנען; זײי קלײבּן זיך 
פאָרן אַף נאַכטליג צוריק קיין גאָליכאָװקע. 

אין טויער -- אן אויסגעשניטענער ,קוקער" אין דער פאָרם 
פון אַ האַרץ, 

אין ,קוקער"-- אַ פאַרקאַטערטע שפּיץ נאָז פונעם אָנגע- 
פּעלצטן דעזשורנעם און זיינע געדראָלענע ליפּן, װאָס שאָקלען 
זיך מיט דאַמף : 

-- וועמען פירסטו? 

-- דעם דאָקטער. 

-- פאָר אַרײן, 

די טירן האָט מען פון אינעװייניק אופגעמאַכט. 

דער פּראָסט אַקעגן אָװנט האָט נאָכגעלאָזט. די פור איז אַרײן, 

דאָס ערשטע, װאָס האָט דאָרט דעם דאָקטער אין בּלאַסער 
כאַשכעס בּאַװוּנדערט, איז געװען: אַ שטאַרקער גרילצנדיקער 
געשריי פון שװאַרצע ראָבּן -- פיל שװאַרצערע איידער די צופאַלנ- 
דיקע נאַכט. די ראָבּן האָבּן מאַכנעסװײז זיך געפּלאָנטערט אין 
דער לופט און זיינען מאַכנעסװײז בּאַפאַלן די צוויי שורעס נאַ- 
קעטע בּיימער, װאָס אין בּיידע זייטן לאַנגער מיטלסטער אַלײע. 

די ראָבּן האָבּן געגװאַלדעװעט און האָבּן אויסגעזען גרעסער 
און מער בּייז װי אַלע אַנדערע ראָבּען, נאָר עפשער איז אין דעם 
שולדיק געווען בּלױיז דער פאַרנאַכט - עס האָט זיך נאָר אַזױ 
געדאַכט, 


18 


פון אַלע טוּנקעלע וינקלען האָבּן אַרױסגעקוקט מעיושעוו- 
דיקע, ווייס-געקאַלעכטע און פּאַרלאָזטע מויערלעך מיט טרויעריק- 
פאַראָסטעטע צלאָמים אַף די אַלטמאָדיש-שפּיצעכיקע דעכער, מיט 
צלאָמים-קאַרניזן און מיט צלאָמים - טרעפּ. און געדאַכט האָט זיך, 
אַז פּונקט, װי די פּוסטע מויערלעך, אַזױ זיינען אויך אָט די צלאָמים 
געווען פריער בּאַװוֹינט--בּאַװוֹינט דורך מאָנאַכן, װאָס ציילעמען זיך. 

פון ערגעץ האָט געזעצט אַ װאַרעמער רייעך, װי פון אַ קיך, 
אין וועלכער מע קאָכט מעסלעסן לאַנג איינעם און דעמועלבן 
יוירענדיקן מײַכל -- אַ מײַכל פון זויערקרויט. 

דערנאָך איז די פור מיטן דאָקטער פאַרבּײיגעפאָרן לעבּן אַ 
קליינעם באַװאָפנטן פּאָסטן און איז אַריין אין אַ צװייטן הויף -- 
אַ פיל גרעסערן און שטילערן. 

שטיבּלעך פון איינער און דערזעלבּער גרייס האָבּן זיך דאָ 
געקייטלט מיט שמאָלע פאַרלאָזטע קאָרידאָרן. איינס אַ פענצטער 
איז בּאַ פריער פאַרנאַכטיקער לופט געװוען שטאַרק בּאַלױכטן -- 
אינעװײיניק פּונקט אַקעגן דעם פענצטער האָט זיך שטאַרק געהייצט 
און שטאַרק געפלאַקערט אין זייער אַ גרויסן און בּרייטן בֹּאַק- 
אויוון. אין דער נאָז האָט דאָרט גלייך אַ קיצל געגעבּן אַ רײעך 
פון פרישן נאָר-װאָס אָנגעבּאַקענעם בּרוֹיט. דעם דאַקטער האָט 
פאַרקלעמט בּאַם לעפּעלע; עס האָט זיך אים שטאַרק פאַרװאָלט 
עסן, און אַלץ, װאָס דאָ אַרום און אַרום קומט פאָר, האָט צוליבּ 
דעמדאָזיקן רייען פון פריש-געבּאַקענעם בּרויט אים פּלוצים אָנ- 
געהױיבּן אויסצוקוקן זייער נאַטירלעך און עכט-מענטשלעך, 

לינקס, בּאַ אַ בּרונעם, בּאַהיט מיט אַ בּאַװאָפּנטן רויטאַרמײער, 
זיינען געשטאַנען עטלעכע אומבּאַקאַנטע אַרעסטירטע װוײבּער, זי 
האָבּן אופּגעגאָסן איינע דער אַנדערער, זיך געװאַשן די הענט און 
די פּענימער; זיי האָבּן גערייניקט זייערע פינגער פון קלעפּיקן טייג, 
און אין דער פּאַמעלעכקײט פון זייערע בּאַװעגונגען האָט זיך גע- 
פילט, װי לאַנג דאַ אין קאַמינאַ-בּאַלקע װעט נאָך אויסקומען אָפּ- 
צוּגעװוֹינען פון ספּעקוליאַציע און פון גרענעץ-שמוגל. און פון 
דעם, װאָס זײיערע פּענימער זיינען געװען שטאַרק פאַרויטלט, 
און אַלײין זיינען זיי געווען אָנגעטון זייער לייכט, האָט מען גע- 
קענט בּאַשליסן, װי װאַרעם עס איז אין די געבּיידעס, װוּ מע 
האַלט זיי. 


19 


דער דאָקטער איז דאָרט אַראָפּגעקראָכן פון דער פור און האָט 
זיך אויסגעשיילט פון זיינע פּעלצן, 

די װיבּער האָבּן אַ וויילע אופגעהערט זיך צו װאַשן און 
האָבּן געקוקט, װי מע פירט אים דורך פאַרבּיי-- מע בּאַגלײט 
אים צו דער אַקעגנדיקער מיטלדיק-גרויסער געבּיידע, װאָס מיט 
דער רויטער נאָכגעהאַנגענער פאָן אַפן דאַך. 

די וייבּער האָבּן, אַפּאַניִם, געמיינט, אַז אויך דער דאָקטער איז 
אַן אַרעסטירטער -- אַ ,נייער". און אַװי שטיל איז דורכויס אין 
הויף געווען. 

אַרופקלעטערנדיק לעבּן דער צווייטער מיטלסטער געבּיידע אַף 
די טרעפּלעך און קוקנדיק צוּ דער רױיטער פאָן, װאָס הענגט-נאָך 
פונעם דאַך, האָט דער דאָקטער דערהערט, װי אײנע פון יענע 
װײיבּער בּאַדױערט אים און וי אַ צווייטע זיפצט דאָרט אַף אים 
מאָדנע האַרציק, װי אַף אַן אייגענעם, װאָס האָט, װי זיי, אַף 
ספּעקוליאַציע כאַראָטע: 

-- אוי.,. וויי--אי--מיר--וויי! אַף ,אַריין" זיינען די טױיערן 
בּרייט, 

דענסטמאָל האָט זיך דער דאָקטער גלייך געכאַפּט, אַז עס 
פעלט אים עפּעס אַ געפיל קעדיי צו שטיין העכער פון אָט זי 
אַרעסטירטע װײבּער, און בּאַלד האָט ער דאָס געפיל געפונען: 

-- אַ ראַכמאָנעס... 

און ווייל ער האָט ניט געװאָלט מוידע זיין, אַז ראַכמאָנעס 
פילט ער איצט צו זיך אַלײן, האָט ער דעריבּער באַלד אַ טראַכט 
געטון, אַז עס איז אַ ראַכמאָנעס אַף אָט די װײבּער, אַף דער 
נאָכהענגענדיקער רויטער פאָן, אַף דעם קראַנקן נאַטשאַלניק, צו 
וועמען מע האָט אים אַהער אַרויסגערופן. און װי נאָר ער האָט עס 
אַ טראַכט געגעבּן, אַזױ בּאַלד האָט ער דערפילט, אַן ער, דער 
דאָקטער, װאָס שטייט אָן אַ זייט פון אָט דעם אַלעם, איז ליי- 
טיש... בּיז גאָר לייטיש, װעהאָראַיע -- ער האָט דאָך ראַכ- 
מאָנעס... 

פילנדיק, אַז די װײבּער פון לעבּן בּרונעם הערן ניט אוף אים 
צו בּאַגלײטן מיט די אױגן, האָט ער זיך צו זיי אומגעקוקט. אים 
האָט זיך נאָך אַלץ ניט געװאָלט געזעגענען מיטן געפיל, אַז ער 
איז בּיז גאָר לייטיש: 


80 


-- אַשטײגער, װער ?... װער,--האָט ער אַ קלער געגעבּן -- 
װאָלט זיי דאָ געקאַנט העלפן ? 

נאָר אַליין איז ער געװען פול מיט זיין אייגענער פאַרלאָרנ- 
קייט, מיט זיין פאַרנאַכטיקן דרעמל און מיט דער שרעק, װאָס ער 
האָט דעם גאַנצן בּאַטאָג איבּערגעלעבּט. ער האָט געדענקט דעם 
טויבּ-שטומען און דעם שטויס פון איגומענקאָס עלנבּויגן ; אַ שטויס 
פון אַן אַקשן, װאָס װעט שוין קיינמאָל ניט װעלן פירן אין זיין 
װאָגן קיין איבּעריקע פּאַרשױנען. ער האָט געדענקט דאָס אָרט, 
װוּ דער טויבּ-שטומער איז געבּליבּן אינמיטן פעלד, און האָט זיך 
אַליין געענטפערט : 

-- העלפן ?... איך אַװאַדע און אַװאַדע ניט. 

און ער איז מיטאַמאָל געװאָרן צופרידן, װאָס ער איז בּאַ זיך 
אין די אויגן אַ קלייניטשקער, און װאָס מיט דעם מוידע זיין אין 
זיין אייגענער קליינקייט קויפט ער זיך אויס פונעם אֶל, צו קומען 
דאָ עמעצן צו הילף, 


װי אין אַ פּלױדערדיק-בּײיזן כאָלעם, װען מע ויל זיך אופ- 
כאַפּן און מ'קאָן ניט, אַזױ האָט זיך דער דאָקטער נאָכדעם גע- 
דרייט אין אַ טונקעלן קאָרידאַר מיט אַ שמאָלער גאַלערײע.- די 
גאַלערײע האָט געשטייגט מיט קרומע טרעפּ בּיז צו אַ הויכן גלע- 
זערנעם דעכל, 

דער קאָרידאָר האָט פאַרקערעװעט רעכטס און האָט זיך מיט 
אַ פּאַר טרעפּלעך אַראָפּגעלאָוט נידעריקער צו דער פינצטער. 
זיין װוייַטער טונקעלער שלונג, האָט זיך געדאַכט, האָט קיין בּרעג 
ניט ; פון זיין טיף ציט מיט נעליע און מיט צוג-וינטן, און וי 
פוּן אַ בּלינד יאָגעניש אַזױ רוקן זיך פונדאָרט אַרױס אַרעס- 
טירטע. 

זי טרעטן צעשאָטן און גיך. טיאָפּקענדיק וי אין גראָבּע זאָקן, 
מאַכן זי זיך לוסטיק איבּער די לאַנגע שטרויענע זעק, װאָס זײ 
שלעפּן נאָך זיך -- יעדערער זיין זאַק מיט שטרוי אַף נאַכטליג. 

זיי פאַרשפּרײטן װי אומיסטן װאָלקנס שטויבּ אַרום עמעצנס 
אַ כויזעק-געלעכטער און ניט אַלע גלױיבּן נאָך, אַז פאַר זייערע אַװײ- 
רעס קומט זיי שטראָף, אַף אַזיפיל זיינען נאָך בּאַ זי די אַװײירעס 


81 


ניי. זיי האָבּן אַרױסגעװיזן כיישעק זיך צו פאַרהאַלטן און צו קוקן 
וי מע פירט פאַרבּײי זיי דעם דאָקטער, 

-- ניט אָפּשטעלן זיך !... פאַרבּיי גיין !... האָט פונהינטן אָנ- 
געיאָגט אַ קאָל. 

און דער דאָקטער האָט שוין ניט געװוּסט אַף װעמען די 
קאָמאַנדע גייט: אַף יענע, װאָס שלעפּן די מאַטראַצן, צי אַף אים, 
דעם דאָקטער אַלײין, 

דורך אַ בּרייטן גרויסן פענצטער האָט פון לינקס צום לעצטן 
מאָל אַ בּלענד געטון דער טונקעלער דרויסן און פון רעכטס האָט 
זיך געלאָזט הערן אַ געמורמל פון רעדעװודיקע מיילער. פאַרצוימט 
מיט בּרעטלעך האָט אַ שווינדל געגעבּן דער טונקעלער אַרײנגאַנג 
פון דער גרויסער איבּערגעפולטער אַלגעמײנער קאַמערע", װוּהין 
די אַרעסטירטע האָבּן געשלעפּט זייערע זעק מיט שטרוי, 

הינטערן קליינעם נאָר-װאָס אָנגעצונדענעם פאַרויכערטן לעמפּל, 
קעגניבּער די צוזאַמענגעקלאַפּטע שיטערע בּרעטלעך, װאָס פאר- 
צוימען דעם אַרײנגאַנג, האָבּן עטלעכע אַרױסקוקנדיקע פּענימער 
אופגעהערט זיך צו סוידען און װי מיט גאָפּלען אַרײנגעשטאַכן די 
בּליקן אינעם דאָקטער. עמעצנס אַן אויג האָט דעם דאָקטער 
אויסגעזען קענטלעך. נאָר פונהינטן האָט וידער אָנגעיאָגט דאָס 
קאָל: 

-- ניט אָפּשטעלן זיך !,.. פאַרבּיי גיין !,., 

און װידער האָט דער דאָקטער ניט געװוּסט, אַף װעמען די 
קאָמאַנדע גייט: אַף יענע, װאָס שטופּן זיך צו אים מיט די בּליקן, 
צי אַף אים, דעם דאַקטער אַלײן. 

ער האָט פרייער אָפּגעאָטעמט אָקאָרשט נאָכדעם, װען אופ- 
הײיבּנדיק זיך נאָך אַמאָל אַף נייע דריי-פיר טרעפלעך, איו ער 
אַרײן אין אַ נייעם צימער --אַ גרויסן, אַ פּוסטן מיט פרישע 
ווייסיגעקאַלעכטע נאַקעטע ווענט און מיט אַ פריש-געפאַרבּטער פּאָר- 
לאָגע, װאָס װאַרפט איר געלע רויטקייט אין די אױגן 

דאָרט האָט אים מיט אַ ליכט אין האַנט בּאַנעגנט די כאַװער- 
טע סאַשאַ --אַ מענישע, אַ װוּקסיקע, אין אַ ווייסן כאַלאַט װי אַ 
ציין-דאָקטערן, אָדער װי אַן אַקושערקע. 

-- קומט אַהער,--האָט זי אַ רוף געגעבּן דעם דאָקטער מיט 
| אירע בּרעמען און האָט אַף אים אַ קוק געגעבּן זייער היימישי 


82 


וי אַף אַן אַלטן בּאַקאַנטן, װי אַף אַ קאַלענע -- קומט אָס דאָ אין 
װינקל, דאַקטער. 

און זי האָט אים גאָר פון נאָענט געװיזן איר ענערגישױ 
מאַנסבּלשן פּאָנים, 

-- הערט,--איז זי שטיין געבּליבּן אַקעגן אים מיטן בּרענענ- 
דיקן ליכט אין האַנט, -- דאָס האָבּ איך בּאַ !, אים" געפּױעלט, מע 
זאָל נאָך אייך שיקן. איך מוז אייך זאָגן: ער אַקשנט זיך אַקעגן 
דאָקטוירים, און בּיכלאַל.., 

זי האָט זיך איינגעהערט צו דער אָפּענער טיר פון ווייטערדיקן 
צימער, פונװאַנען עס פאַלט אַ רוַקע טונקל-גרינע שיין - זיך 
איינגעהערט ניט בּלויז מיטן אויער, נאָר מיט אַ גאַנצער זייט פון 
איר קערפּער : 

-- בּיכלאַל װיל ,ער" עס ניט.,. , אונדז" איז ער טײיער. נו, 
און דאָס דאַרפט איר וויסן, איר האָט שוין געוויס געהערט: בּעטן 
בּאַ ,איִם" זאָלט איר וועגן גאַרנישט. הערט זיך איין... 

זי האָט װוידער אַ קוק געגעבּן צום צימער. 

-- איצט שלאָפּט ער, דאַכט זיך, נאָך גרויסע וייטיקן, נאָך 
צוויי נעכט... ' 

און פּלוציִם האָט זיך דערהערט פון צימער אַ סקריפּ פון אַ בּעט. 

זי איז געבּליבּן שטיין מיט אַ פאַרבּיסענער ליפּ און מיט 
אַראָפּפּינטלדיקע אויגן, װאָס װאַרטן אָפּ. פון צווייטן צימער האָט 
זיך דערהערט אַ מידלעכע זויער-פאַרשלאָפענע שטימע : 

-- ער איז דאָרט, אַ? סאַשאַ? 

-- ס'איז איך, כאַװער פיליפּאָוו... 

-- און ער נאָך? 

כאַװוערטע סאַשאַ האָט נידעריקער אַראָפּגעלאָזט די פּינטלדיקע 
אויגן ; 

-- ס'איז איך און דער דאָקטער. 

-- האַ... דער דאָקטער ? 

אַ פּויזע. 

און װוידער אַ שטילער סקריפּ פונעם בּעט: װידער אַ שטימע, 
װאָס קלינגט זויערלעך, האַלבּ פאַרשלאָפן, 

-- דער דאָקטער ?,. נו אָט... אָט האָסטו דיר. 


83 


ווזץ 

אין טונקעלן װינקל בּאַ פיליפאָוון אין צימער קלאַפּט א בי 
ליקער וועק-זייגער. 

-- טיק-טאַק, טיק-טאַק. 

וי קאַלטע טראָפּנס טריפן זיינע קלעפּ אין דער שטילקייט, 
און די שטילקייט איז האַרט, װי שטיין. 

אינמיטן צימער אַף אַ בּרייטן בּעט ליגט דער קראַנקער פי- 
ליפּאָוו אַפן רוקן. 

עס דאַכט זיך; 

דער בּיליקער וועק-זייגער ציילט אים אויס זיינע לעצטע מי- 
נוטן, נאָר ציילן ציילט ער שוין אַזױ לָאַנג און װער װייס, וי 
לאַנג ער װעט נאָך ציילן, 

דער דאָקטער טרעט אַהין מיט וייכע פיס און זיינע אױגן 
כאַכן אַ קוק, װי אַ מעפונעק -אַ גנייװוישן קוק פון אונטערן 
שטערן, 

-- אַ פּאַשעטער פּױער, אַ?.. טאַקע פּאַשעט אַן אַרבּעטער... 

פיליפּאָוװוס אויסזען אין בּעט: 

אַ דאָרפישער צעלאַכעסניק, וועמען אַלע פּוערים האָבּן שאָען 
לאַנג בּעשוטפעס געשלאָגן, איצט איז ער פארכאַלעשט, 

נאָר אויבּ ער װעט אופשטיין פון בּעט, װעט ער זיך אָפּרע- 
כענען -- אַלץ אַרום אים װעט אַװעק מיטן פייער. 

דעם דאַקטערס אָפּשאַצנדיקער בּליק האָט זיך פאַרקנייטשט. 

-- אָט דאָס איז ער... הייסט עס אַ?.. אַ ליגן די גאַנצע 
מײַסע מיטן געװעזענעם מאַגנאַט. ליגן בּאַקט מען װעגן אָט די 
לייט אַפן טוץ. 

פיליפּאָוו האָט געדרעמלט. איין האַנט װאַלגערט זיך לעבּן 
אים, װי אַ געליימטע און פרעמדע; די צווייטע איז אײינגעבּראָכן 


64 


אין עלנבּויגן און איז פאַרװאָרפן איבּערן קאָפּ-- זי פאַרדעקט די 
אויגן און דעם שטערן. 

די אויגן מיטן שטערן האָבּן זיך ניט אָפּנעדעקט אויך דאַן 
ווען כאַװעיטע סאַשאַ האָט צוגערוקט צום בּעט דעם קליינעם 
טיש, און דער לאָמפּ האָט פון אונטערן גרינעם אַבּאַזשור שטאַרק 
בּאַלוכטן דעם צוקאָפּנס. כאַװערטע סאַשאַ איז ערגעץ אַװעק גע- 
שווינד, װי אַף די שפּיץ פינגער. 

-- טיק-טאַק,--האָט דער וועק-זייגער אומגעקערט דעם דאָק- 
טער זיין רוּיקײט -- אַ רויקײט, װאָס בּאַהערשט אים שטענדיק, 
ווען ער בּאַטראַכט פּאָשעטע קראַנקע פּויערים, 

מיט קאַלטע שפּיץ פינגער האָט ער אַ קװעטש געגעבּן דעם 
דויפעק פון דער האַנט, װאָס װאַלגערט זיך וי אַן אונטערגעװאָר- 
פענע און געליימטע. די האַנט האָט װי ניט געפילט. דער דאָק- 
טער האָט זיך צוגערוקט נעענטער מיט זיין שטול, צוגעלייגט זיין 
אוער מיטן רערל צו דער בּרוסט און האָט זיך איינגעהערט, 
קוקנדיק צום קראַנקנס געזיכט : 

-- אַ פּאָנים -- אַן אומצופרידנס... מוירע האָט מען פאַר אים, 
וי פאַר אַן אינקװויזיטאָר, און אַ האַרץ, -- אַ געוויינלעכס -- אַ האַרץ, 
וי בּאַ אַלע מענטשן... | 

זייער געהיט האָט ער אַנגעהױיבּן אַרומצוטאַפּן דעם האַלדז, 
די געשװאָלענע גוידערס, װאָס אונטער די שטעכיקע ניט-געגאָלטע 
בּאַקן. ער האָט זיך דערפילט היימישער : 

-- איז אָט װעלכע קרענק אַף אָט די לײט װערן אָנגע- 
שיקט !., 

און פּלוציִם, װי אין מוירע פאַר אַ בּיס, האָט ער צוריק אַ 
כאַפּ געגעבּן זיין האַנט און מיט אַ ציטער זי אַראַפּגעלאָזט צו זיך 
אַף די קניען, 

-- סאַשאַ !.. 

דאָס האָט פיליפּאָוו פלוצים אַראָפּגענומען די האַנט פונעם 
שטערן און האָט ערגעץ אַװעקגעשיקט די כאַװערטע סאַשאַ. זיינע 
היפּשע אויגן האָבּן שלעפעריק אַ קוק געגעבּן אַפן דאָקטער, און 
געדאַכט האָט זיך, אַז די אויגן בּרענען אין גרויסער היץ. 

-- טיק-טאַק,--האָט פון טונקעלן ווינקל צוגעקלאַפּט דער וועק- 
זייגער. 


65 


אַ זייגער, װי אַלע זייגערס --אַ בּיליקער, אַ בּלעכענער, און 
דאָך אַן אַנדערער -- וי קאלטע טראָפּנס טריפן זיינע קלעפּ אין 
דער שטילקייט, און די שטילקייט איז האַרט, װי א שטיין, וי אָט 
דער מענטש, װאָס זיין פּאָנִים איז אומצופריד-פאַרשטאָלט און 
אַ האַרץ איז בּאַ אים אַ געװיינלעכס--א האַרץ, װי באַ אַלע 
מענטשן, 


פיליפּאָוו איז געזעסן אין בּעט מיט אַן אױסגעקײַלעכטיקן 
רוקן, מיט האַלבּ-אופגעשטעלטע פיס, װאָס זיינען בּאַהאַלטן אונ- 
טערן צודעק -- געזעסן שווער. מיט אַן איינגעבּויגענעם קאָפּ, װאָס 
דרעמלט אַן און פאַר זיך, 

איינדרעמלענדיק, האָט ער אַלע וילע פאַרלאָרן א אַ פּאָר ווער- 
טער, װאָס קלינגען שלעפעריק, געלעגערט און פאַרשלונגען זייער 
אייגענעם זינען, 

דעם דאָקטער האָט זיך געדאַכט, אַז פיליפּאָוו מיינט מיט זי 
צו זאָגן : 

-- טאַפּסט מיך... טאַפּסט מיך... מיך האָט מען שוין גענוג 
אַרומגעטאַפּט, 

און נאָך : 

-- סיי-ווי-סיי,., דער סאַמע איקער װעסטו ניט אָנטאַפּן 

און ווייל די װוערטער זיינען ניט אינגאַנצן קלאָר, האָבּן זי 
דעם דאָקטער געשראָקן ניט װינציקער, װי די היץ אין פיליפּאָװוס 
שלעפעריקע אויגן. דער דאָקטער איז דעריבּער מיט אַלע זיינע 
כושים געװוען אַף דער װאַך און האָט אַף יעדנפאַלס אויסגע- 
קנייטש בּאַ זיך אין געויכט אַזאַ מין שמייכעלע, װאָס האָט צו 
זאָגן ; 

-- איך הער.,. איך הער... אַ וויצלער בּיסטו, כאַװער פיליפּאָוו, 

זיינע פינגער האָבּן נאָך אַלץ אַרומגעטאַפּט אַלע וייכע און 
האַרטע ערטער אַף פיליפּאָווס האַלדזדאון-נאַקן, 

נאָר בּאַ אים אַליין איז שוין געװען אַזאַ געפיל, גלייך ער 
װאָלט איצט ווירקלעך אַרומטאַפּן ניט בּלויז פיליפּאָװון אַלײן, נאָר 
די גאַנצע רעװאָליציע, װאָס קאָכט אין די ווייטע גרויסע שטעט 
און האָט פיליפּאָוון פון אירע פּאָלעס אַרױסגעטרײסלט, 


86 


דערצו נאָך איז מיט אוּמרוּיִקע טריט פון ערגעץ צוריק געקו- 
מען די כאַװערטע סאַשאַ און נאָך מער אומרוּיק װי אירע טריט 
איז געווען איר שולדיק פּאַנים, 

זי האָט אַרײנגעשעפּטשעט פיליפּאָוון אין אויער א פּאָר ווער- 
טער, איז ער מיטאַמאָל געװאָרן װאַכנדיק. 

-- נו, אָט !--האָט ער פאַראַקשנט און בּייז זיך צוריק אַװעקגע- 
לייגט אַפן רוקן,---אָנגעאַרבּעט... 

און דעם דאַקטערס אַרומטאַפּנדיקע פינגער האָבּן בּאַלײדיקט 
און לעפּיש אַ טאַנץ געגעבּן אין דער לופט און זיינען נאַריש 
געבּליבּן הענגען. 

קעדיי ניט צו פילן זיך אַזױ אומבּאַקװעם און פאַרלױירן, האָט 
ער ערגעץ טיף אין זיך געפּרוּווט זיך אַ וויצל געבּן: 

-- נישטאָ אַף דער װעלט קין שאָלעם, אַ ?.. אַפילע דאָ, 
צווישן אָט דעם פּאָרל, װאָס פּראַװעט מיט קאַמינאָ-בּאַלקע. 

בּאַלד אָבּער האָט זיך אַרױסגעװן, אַז די אומרויקײט דאָ 
אין צימער האָט אַ שײַכעס צו אים, דעם דאָקטער... 

אָט װאָס: 

אין די קאַמערעס צװישן אַרעסטירטע וייסט מען שוין, אַז 
דער דאָקטער געפינט זיך איצט דאָ; אין דער אַלגעמײנער קאַ- 
מערע האָבּן זיך געמאַלדן אייניקע קראַנקע, אַ וייבּל האָט דאָרט 
בּאַקומען עמעסע אָדער געמאַכטע היסטעריקע, קעדיי מע זאָל צו 
איר בּרענגען דעם דאָקטער, 

בּאַלד איז געװאָרן קלאָר : 

כּאַװערטע סאַשאַ זאָגט, אַז אין די קאַמערעס איז קיינער ניט 
קראַנק, 

פיליפּאָוו שלאָגט איר איבּער: 

-- אַלץ איינס... כ'האָבּ געזאָגט: מע דאַרף ניט קײַן דאָקטער, 
האָסטו אים אַהער אַראָפּגעבּראַכט, טאָ פיר אים, זיי מויכל, אויך 
אַהין -- אין די קאַמערעס. 

און דער דאַקטער האָט מיטאַמאָל פאַרגעסן סײי אין זיין אויס- 
בּאַהאַלטענעם וויץ, סיי אין זיין שמייכעלע, װאָס ער האָט פריער 
אַבּיסל זיך בּאַמיט אַרױסצורופן בּאַ זיך אַפן פּאָנים, 

ער האָט אין אופרעגונג פאַרהערט פּיליפּאָװס לעצטע 
ווערטער, 


81 


ער האָט געװאַרפן אַ צעטראָגענעם בּליק אַף רעכטס, אַף 
לינקס. און אַז כאַװערטע סאַשאַ האָט אים נאָכדעם, לוט פילי- 
פּאָווס בּאַפּעל, געפירט דורכן קאָרידאָר צוֹ די אַרעסטירטע אין 
די קאַמערעס, האָט ער פאַרטומלטערהייט געפילט, אַז ער ויל 
אַהין ניט גיין -- ער װיל זיך ניט מישן.. ער וויל ניט הערן, וי 
די אַרעסטירטע װעלן דאָרט בּאַ אים בּעטן טוֹיוועס... נאָר ער 
האָט קיין בּריירע ניט, װייל ער איז איצט אָן זיין העסקעם גע- 
צװוּנגען צו טון דער רעװאָליוציעס אַ שליכעס און צי ער ויל 
יאָ, צי ער װיל ניט, מוז ער איצט פאָלגן די רעװאָליוציע און 
דעריבּער װעט ער אין די קאַמערעס בּאַטראַכטן די קראַנקע 
גלייכגילטיק און קאַלטלען, װי קאַלטלעך עס בּאַטראַכט זיי די 
רעװאָליוציע מיט אַלע אירע פיליפּאָװס-- מענטשן, װאָס זיינען 
געצװוּנגען זיך מישן, אָט װי עס איז איצט געצװוּנגען ער, דער 
דאָקטער אַלין. עס איז מער ניט, װאָס זי --די פּיליפּאָווס--וייסן 
פאַר װאָס זי זיינען געצוונגען, און ער, דער דאָקטער... אַמער 
וויל ער אין גאָר ניט וויסן... 

פאַרטומלטערהייט איז ער נאָכגעגאַנגען דער כאַװערטע סאַשאַ 
איבּערן לאַנגן קאָרידאָר צוריק צו דער אַלגעמײנער קאַמערע. 

צעטומלט איז ער אַהין אַרײנגעקומען און האָט מיט גרויסער 
פאַרװוּנדערונג דערזעען, אַז אַף אים װאַרטן ניט בּלויז דריי אָדער 
פיר קראַנקע -- מיד און אָנגעדראָדלט, מיט טױזנט אופגערעגטע 
אויגן קוקן אַף אים אַרױס יעדערער פון די אַרעסטירטע, װאָס 
זיצן אַף אייגענע פּעק און קעסטלעך און װאַלגערן זיך גרופּנװײז 
אַפן דיל און אין די װינקלען פון דער גרויסער אַלגעמײנער קאַ- 
מערע; זי בּעטן אָן לאָשן : | | 

-- העלף, העלף!.. 

און מיינען -- מיינט מען טויוועס. 

ווידער האָט בּאַלד בּאַם אַרײנגאַנג עמעצנס אַן איינגעפאַלן 
אויג אויסגעזעען דעם דאָקטער, װי קענטלעך. דאָס אויג האָט גע- 
קוקט צו אים זײיער בּעטלעריש, מיט אומעטיקער בּושע: 

--דיינער אַ געוועזענער פּאַציענט... געדענקסט מיך ניט, דאָקטער? 

נאָר פון קעגניבּער דעמדאָזיקן אױג האָבּן צום דאָקטער 
געקוקט נאָך און נאָך אױגן, און אויך זי האָבּן געבּעטן און 
אויך זיי האָבּן אויסגעזען קענטלעך, 


8 


און אונטער דידאָזיקע בּליקן האָט דעם דאָקטערס קערפּער 
זיך אַ שאָקל געגעבּן, װי אַף אומצוּפאַלן; ער האָט זיך אין 
פּאַרלאָרנקײט אַ דריי געגעבּן אַף איין אָרט ‏ זיינע הענט האָבּן, װי 
אַ פרעג געטון: 

-- װוּהין ?,. צו וועמען צוגיין? 

טיף אין אים האָט עמעצער, וי אַ צווייטער שאָליעך פון דער 
רעװאָליוציע, איבּער זיין ,לײַטישקײט" אַ שפּאָט געטוּן: 

-- הא -- אַ!.. מישט זיך ניט ?. 

מע האָט אים אָנגעװיזן: 

-- אָט אַהער... אָט אַהער, 

אַקעגן אים, אַף איינער פון די בּענק, װאָס אין דער ,אַלגע- 
מיינער קאַמערע", איז געזעסן אַ שטיל װייבּל מיט בּלוילעכע יונג- 
יעריקע אויגן, מיט אַ װאַרעם שאַלעכל איבּערגעפלאַכטן, װי א 
ציילעם איבּער אירע פולע בּרוסטן, איצט נאָך דער היסטעריק, 
װאָס האָט מיט איר געטראָפן, איז זי געזעסן אין אַזאַ פּאָזע; גלייך 
אָט בּאַלד-בּאַלד װעט מען אויסרופן איר נאָמען און מע װעט איר 
זאָגן, אַז זי איז פריי. נאָר עפשער איז זי אין אַזאַ פּאַזע געועסן 
די גאַנצע צייט פון איר אַרעסט, עפשער איז זי שוין אַזױ אָפּגע- 
זעסן אַ װאָכן דריי. זי האָט וייטיקלעך אַרױסגעקוקט צום דאָק- 
טער, אירע פאַרוויינטע אויגן האָבּן ווייטיקלעך צוגעשמייכלט : 

-- אַ שיינע לאַגע... אַ? 

שפּאַרנדיק דעם אָנגעבּױגענעם קאָפּ מיטן רערל צו איר בּרוסט, 
האָט דער דאָקטער אָננעשטרענגט דעם פאַרטומלטן זיקאָרן אַף צו 
דערמאָנען זיך, װער זי איז, 

דאָס האַרץ, האָט ער געהאָרכט, איז בּאַם װײבּל א גע- 
זונטס -- זי איז, דוכט אים, בּיכלאַל מיט גאָרניט ניט קראַנק. נאָר 
אַז ער האָט זיך אויסגעגלייכט און האָט אַװעקגענומען פון איר 
בּרוסט זיין רערל, האָט ער שוין נאָר געדענקט, אַז אַקעגן אַף דער 
װאַנט, אינדערהייך רויכערט שטאַרק דאָס הענגענדיקע קיך-לעמפּל 
און אַז דער רויך לייגט זיך דאָרט מיט שװאַרצע פלעקן אַף אַלע 
קאַרניזן, בּיז צום בּאַלקן, 

אַרום אים האָבּן זיך שוין געשטופּט אַלץ נייע און נייע פּענימער. 

עטלעכע בּאַקאַנטע גאָליכאָװקער בּאַלעגאָלעס האָבּן מיט זיי- 
ערע פּלײַצעס פאַרשטעלט פון אים דאָס זיצנדיקע װײבּל, 


89 


טיף אין זאַל האָט עמעצער אָנגערופן גאַנץ הויך דעם דאָק- 
טערס נאָמען, דענסטמאָל, ווען הינטער די בּאַלעגאָלישע פּלײצעס 
האָט דאָס זיצנדיקע וייבּל שוין װוידער געהאַט אױיסגעפּלאַצט מיט 
אַ ווילדן קוויטש, 

פון צװישן דעם אוילעם, װאָס שטויסט זיך, האָט זיך עמעצער 
אַרױסגערוקט און זיך װי צוגעגליטשט; אַ כאַניפעדיק קאָל פון אַ 
יידענע האָט דאָרט אויסגעשריגן אומיסטן הויך, קעדיי דער דאָק- 
טער זאָל הערן: 

-- בּעט אים, דעם דאַקטער... פאַלט אים צו די פיס, ער זאָל 
העלפן... ער קאָן העלפן, 

און אין דערזעלבּער צייט האָט דאָס פאַרשטעלטע װײיבּל שוין 
שטאַרק געעקבּערט און געגרילצט מיט איר קװויטש, און דער 
דאָקטער האָט מיט הינטערטריט זיך אָפּגערוקט צוריק צום אַרױס- 
גאַנג און האָט אױסגעבּאַהאַלטן זיינע הענט פון עמעצנס אַ מול, 
װאָס וויל זיי אַ קוש געבּן. 

-- נאָך װאָס,--האָט ער זיך געקרימט, וי פון וייטיק אין די 
שלייפן און האָט געציטערט מיט די ליפּן,-- מע דאַרף ניט... מע 
דאַרף ניט,,. 

איצט האָט מען אים גערופן צוריק צו פיליפּאָװון אין צימער, 
כאַװערטע סאַשאַ איז אים שוין אַהין מער ניט נאָכגעגאַנגען 

איצט האָט דער דאָקטער ניט געװוּסט צוליבּ װאָס מע רופט 
אים אַהין, פּונקט, װי ער האָט ניט געװוּסט צוליבּ װאָס ער איז 
פריער אַ בּיסל געווען בּאַ די אַרעסטירטע אין קאַמערע. 

מיט האָריקע עלנבּויגנס, װאָס נעמען אַרום די קניען, מיט אַן 
אָנגעבּױגענעם קאָפּ און מיט צוגעשלאָסענע אויגן, װאָס קוקן ניט 
צו קיינעם, איז פיליפּאָוו געזעסן אין בּעט, און געדאַכט האָט זיך, 
אַז ער דרעמלט ניט. ער איז בּלויז פון אַקשאָנעס אַזױ פאַרשטוּמט 
געװאָרן. אַ װײַלע איז געווען שטיל. ניט עפענענדיק די אױגן 
האָט ער אַ פרעג געגעבּן בּאַם דאָקטער, צי ער ווינט שוין לאַנג 
דאָ אין געגנט, און פּלוצים האָט ער אַ קוק געגעבּן אַפן דאָקטער 
מיט די היציקע ווייסלעכער, װאָס ווילן איינדרעמלען צוזאַמען מיט 
די שלעפעריקע אויגן און מיטן איינגעבּויגענעם קאָפּ, 

-- פונדעסטוועגן,--האָט ער געזאָגט,-- קריך ניט מער אַהער, 
אַלטיטשקער. קום ניט אַהער אַפילע ווען כּאַװערטע סאַשאַ שיקט 


90 


ארי יי 


נאָך דיר. דו װירקסט מיר דאָ שלעכט אַף די אַרומיקע... נו, און 
בּאַ מיר... אַ שווערע קרענק. העלפן װעסטו מיר סי-ווי-סיי ניטי 
פון רענטגען ווערט גרינגער. פאַראַן אויך פּילן; איצט זיינען זי ניט 
צו קריגן. גיי, זאָג דער כאַװערטע סאַשאַ, זי זאָל דיך אַװעקשיקן 
אַהים, 

און װען דער דאָקטער און די צוריקגעקומענע כאַװערטע 
סאַשאַ זיינען אַרױסגעגאַנגען פון צימער, איז ער נאָך אַלץ, וי 
אַף לאַנג געבּליבּן אַזױ זיצן אין בּעט, 

ס'איז געווען קאַלט צו פּעלצן זיך אין הויף און צו װאַרטן אַף 
דער פור, 

פון אױבּן האָט אַן אויסגעשטערנטער הימל אַראָפּנעקוקט צו 
דער קאַלטער פראָסטיקער נאַכט, אוּן בּאַם טױער האָט געװאַרט 
אַ רױטאַרמײער, װאָס דאַרף אַרױסלאָזן פון הויף די פור. ער האָט 
געגענעצט און זיך געלאַנגװײליקט וי בּלױז פון דעם אַליין, װאָס 
ער דאַרף איצט אַרױסלאָזן דעם דאָקטער, צו וועמען ער האָט ניט 
קיין מינדסטן אינטערעס,. / 


או 


יוזין, דעם אַרעסטירטן ,עס-ער", שטייט פאָר מע זאָל אים 
אין קאַמינאָ-בּאַלקע שיסן. אים האַלט מען אין עק קעלערדיק- 
קילן קאָרידאָר אין אַ בּאַונדער קאַמער מיט די דיקע גרינע 
ווענט -- אַ קאַמער, װאָס איז אַמאָל געווען אַ קעליע בּאַ איינעם 
פון די קאַמינאָדבּאַלקער פאַרשװוּנדענע מאָנאַכן. 

אַף יוּזין קוקן דאָ די װענט גליכגילטיק, אָן װוּנדער, װאָס 
צװישן זיי געפינט זיך דאַפקע ער און ניט קיין אַנדערער. יּי 
לערנט זיך פון אָט די ווענט קוקן אַף זיך אַלײין אויך אָן כאַראָטע, 
אָן װוּנדער, װאָס פון אַזיפיל פּלעצער -פון אַ גאַנצער װעלט 
מיט פּלעצער איז אים בּאַשערט איבּערצולעבּן זיינע לעצטע טעג 
דאַפקע דאָ אין אָט דער קאַמער, װוּ אַן אומבּאַקאַנטער פאַר- 
שװוּנדענער מאָנאַך האָט זיך אַמאָל געבּוקט און געפּייניקט -- ער 
איז פול מיט גלייכגילט, 

אָנגעהױבּן האָט זיך אָט דער גלייכגילט נאָך אינעם גרויען 
פאַרטאָג, ווען מע האָט אים בּאַ דער גרענעץ אַרעסטירט און גע- 
געפונען בּאַ אים אין די אַרבּל און אין די לאַצן אַלע פאַרנייטע 
;עס-ער"-עווסקע דאָקומענטן, 

יוּזי -- דער שווייגנדיקער און שװאַרצער, מיט די צוויי אויגן-- 
שװאַרצע טינטערלעך און מיט די קליינע װאָנסעלעך, װאָס זיינען 
נאָך שװאַרצער וי די אויגן און מאכן זיין פּאָנים טאָמיד גרינ- 
בּלעך, טאָמיד מאַט, װי איבּערגעשראָקן --יוּזי האָט דאַן פון אונ- 
טער זיין אָנגעבּױגענעם שטערן א קוק געגעבּן אַף די פּענימער 
פון יענע, װאָס בּאַזוכן זיינע טאַשן; ער האָט בּלויז איין רעגע 
מיט זייערע געדאַנקען אַ טראַכט געטון װעגן זיך, זיך דערמאָנט, 
װאָס אין די דאָקומענטן שטייט און האָט וי אַף אײבּיק אַרױס- 
געװאָרפן פונעם קאָפּ און פונעם האַרצן אַלץ, וועגן װאָס ער האָט 


92 


יא 


בּיז היינטיקן טאָג געטראַכט און געפילט -- ער האָט בּאַשלאָסן, אַז 
מע װעט אים שיסן. 

אוּן װיבּאַלד ער האָט עס איינמאָל בּאַשלאָסן, יל ער שין 
מער ניט איבּערלעבּן קיין נעשאָמע-װאַקלענישן און האָט מירע 
אַרױסצולאָזן אָט דעם געדאַנק פון קאָפּ, װי גלייך ער איז שוין 
איינמאָל געטייט געװאָרן, און אַז ער װעט נאָר אַף איין רעגע 
דערלאָזן צו זיך אַ פאַלשע האָפּענונג, װעט ער מוזן געשאָסן װערן 
נאָך אַמאָל, 

ער זיצט געדולדיק און שטיל, וי אַ האַלבּדרעמלדיקער. ער 
װײסט נאַר ניט פּינקטלעך די צייט ווען דער טויט װעט צו אים אין 
קאַמער קומען, און דעריבּער האָט ער פון דער ערשטער מינוט אָן 
אַ פּאַרשטאָרבּן האַרץ און װאַרט אַף טריט, װאָס דאַרפן זיך דער- 
הערן אין קאָרידאָר, װי אַן אָנזאָג, אַז ,ער" גייט. 

דאָך קריכן פאַר אים אין קאַמער אין גרויס מאַטערניש שווע- 
רע טעג און שווערע נעכט, און דער טויט ויל נאָך אַלץ צו אים 
אין קאַמער ניט קומען, 

אין קאַנצעליאַריע, דאַכט זיך אים, פאַרגעסט מען אים וי 
אומיסטן -- מע רופט אים ניט פאַרהערן; מע שרייט ניט אויס זיין 
נאָמען, ווען מע ציילט די אַרעסטירטע; מע קוקט טאָגטעגלעך, 
אין דער צייט פון שפּאַציר, גלייך אין זיין פּאָנים אַריין און מע 
בּאַמערקט אים ניט, 

יוּזי פאַרשטייט ניט, װאָס איז דאָס פאַר אַן אופטו, פונװאַנען 
שטאַמט ער: פון דער קאַנצעליאַריע, צי פון פיליפּאָװן אַלײן. און 
װאָס יל מען דען מיט דעם דערגרייכן ? 

אוּן דאָס אַלײין, װאָס ער בּאַנעמט דאָס ניט, איז פאַר אים, 
וי אַ סימען, אַז זיין טוט מוז קומען און אַז ער איז שוין וי 
אַף העלפט געטייט -- ער איז שוין אַזױ ווייט פון לעבּעדיקע, אַז 
ער האָט שוין אופגעהערט צו פאַרשטײין, װאָס זיינען זיי מיט דעם 
אָדער מיט יענעם טועכץ אויסן, 

אומבּאַמערקט פאַר זין אַליין הײבּט ער דאָ אָן אָנװענדן צו 
די אַרומיקע דיזעלבּע מיטלען, װאָס מע װענדעט אַן צו אים: 

ער הערט אוף אַרױסצוגײן אַפן שפּאַציר, 

ער הערט אוף צו בּאַמערקן, אַז מע בּאַמערקט אים ניט און 
צו זען, אַז מע זעט אים ניט. 


93 


װאָס-װאָס -- אַקשאָנעס איז אין אים נאָך געבּליבּן... 

נאָר אַלײין װייסט ער ניט, אַז ער טוט עס און צוליבּ װאָס ער 
טוט עס. ער איז זיכער אין זיין טיט, פּונקט װי אַ מענטש, װאָס 
בּאַקימט שטאַרק ליבּ אָדער שטאַרק פיינט אַ פרוי, איז זיכער: 
אַנדערש האָט ניט געקאָנט זיין, צו דעם, ער זאָל די פרוי ליב 
בּאַקומען אָדער ער זאָל זיך מיט איר געטן, האָבּן געפירט יעדער 
מינוט פון זיין לעבּן בּאַזונדער און אַלע מינוטן צוזאַמען, סיי-ווי- 
סיי,., אַ צעלאָכעס, אַ צעלאָכעס... װאָס בּלייבּט טון פּאַרן טוט ?., 

סיי-ווי-סיי האָט ער פון זיך אַראָפּגעװאָרפן זיין אַכט און צװאַנ- 
ציק יאָריקן לעבּן מיט זיין געהאַרטעװעטן רעװאָליציאָנערן בּאַ- 
װווּסטזיין, פּונקט װי אַן אויסגעדינטער סאָלדאַט, װאָס טוט זיך אי- 
בּער אין ציווילע קליידער, װאַרפט פון זיך אַראָפּ די געװיינהייטן 
פון זיין פריעריקן סאָלדאַטישן לעבּן, 

אַפן אָרט פון דעם געהאַרטעװעטן רעװאָליוציאָנער יוּזין, וועל- 
כער האָט בּיזן אַרעסט זיינס אָפּגעטוּן און מיטן אַרעסט אַלץ פאַר- 
ענדיקט, זיצט שוין איצט אין קאַמער אַ נייער יּזי. עס זיצט אַ 
שמאַטקע -- אַ מענטש, װאָס מוז געטייט װערן, ווייל טוט איז זיין 
גוירל. 

זיצנדיק אַזױ מיט פאַרמאַכטע אויגן, צווינגט ער זיך ניט צו 
האָבּן קיין שום געדאַנקען בּאַ זיך אין קאָפּ, 

ער שטעלט זיך פאָר; 

אַלץ איז שוין געשעען--אים, יוזין, האָט מען שוין יאָן! 
ער לעבּט שוין ניט מער, 

אים װוערט פון דעם גרינגער. 

פון דענסטמאָל אָן הערט ער אוף צו דערקאָנען די וועלט אַרום 
זיך און װיל זי מער ניט דערקאָנען; פון דענסטמאָל אָן איז 
ער שוין דאָ אין קאַמער מער קינמאָל ניט װאַך און איז שן 
מער קיין איין מאָל ניט געשלאָפן. ער דרעמלט דאָ אָן אופהער 
מיט אַ דרעמל, װאָס געפינט זיך אַפן גרענעץ צװישן לעבּן און 
טויט, 

בּיסלעכווייז, מיט יעדער נייער שאָ זינקט ער איין טיפער אין 
אָט דעם דרעמל און בּיסלעכווייז בּאַקומט דאָ אין קאַמער די שיין 
אַרום אים אַזאַ בּאַלײכטונג, גלייך ערגעץ זייער וייט קעגניבּער 
דעם הויכן געקאָװעטן פענצטערל זעצט זיך מעסלעסן לאַנג איינע 


944 


| און דיזעלבּע פאַרגײענדיקע זון -- קיינמאָל האָט זיך נאָך די זון 


ניט געזעצט אַזױ ווייט און אַזױ לאַנג, װי זי זעצט זיך איצט, 
דענסטמאָל--בּאַ אָט דעם לאַנגן זון-זעצן --קומט אִים אויס 


מאָדנע, װאָס דער טויט פון אים, יוּזין, הייבּט זיך אָן פון לעבּן, 


און ניט נאָר מיט זיין אייגענעם לעבּן הײבּט זיך אָן זיין טויט, 
נאָר מיט דעם לעבּן פון זיינע פריערדיקע דוירעס, 

מאָדנע קומט אים אויס בּאַ אָט דעם לאַנגן זוך-זעצן, -- װאָס 
דאָ אין געגנט האָט אַמאָל געלעבּט אַ װוּקסיקער און מענישער 
ייד מיטן נאָמען מאָסי-- אַ פרומער און הייסער ייד, מיט אַ קאַלטן 
שמייכל אין דער בּאַרד און אין די װאָנצעס, װאָס זיינען פון 
בּלאָנד געװאָרן מילך-גרוי. געלעבּט האָט דער ייד פון אַן אומ- 
ענדלעך לאָדעניש מיט אַ פּאָרעץ און ליבּ געהאַט האָט ער גרויסע 
היץ -- די גרעסטע היץ בּאַם דאַװענען, די גרעסטע היץ אין בּאָד, 
פונװואַנען זיין נאַקעטער קערפּער פלעגט אַרויסקומען אַ אַ העליש- 
רויטער, מיט טעהובכעטלעך אַפן רוקן, אַפן פעטלעכן בּויך 
אין די פעטלעכע קנייטשן און מיט צוויי נאַקעטע אייניקלעך, װאָס 
פּלאָנטערן זיך אים פאַר די פיס. די אייניקלעך האָט ער געהאַט 
פון אַ טאָכטער -- גרויס װי ער און בּאַרעדעװדיק פיל מער, וי 
ער. ועגן זיין טאָכטער האָבּן אין זיין בּאָרד אַריין זיך געבּויגן 
די שפּיצן פון זיין קאַלטן שמייכל ; 

-- ,זי קאָן לאַשנקוידעש". 

דער טאָכטערס מאַן -- אַ קורצינקער, אַ קלוגיטשקער, אַן איי- 
בּיק-יונגיטשקער, -- האָט געלייענט מיט אַ זײַדן קאָל אין דער 
טוירע, געקאָנט דיקדעק און בּוכהאַלטעריע אַף יעדנפאַל. ער איז 
זייער יונג געשטאָרבּן, איז געשטאַרבּן אַ זײַדן קאָל, װאָס לייענט 
אין דער טוירע, אַ קענער פון דיקדעק און פון בּוכהאַלטעריע אַף 
יעדנפאַל, 

דער זיידע איז געשטאָרבּן זייער אַלט, איז געשטאָרבּן אַ ניט- 
דערלאָדן לאָדעניש מיט אַ פּאָרעץ, אַ קאַלטער שמייכל צו אי- 
לעמהאַזע און אַ ליבּע צו גרויסער היץ בּאַם אהי און צו ,יע- 
נער וועלט", 

די בּאַרעדעװדיקע גרויס-װוּקסיקע טאָכטער, װאָס קאָן לאָשנ- 
קוידעש, האָט זיך אַרומגעשלעפּט איבּער גרויסע שטעט מיט אירע 
צוויי יינגלעך, בּאַװוּנדערנדיק פרעמדע לײט מיט אירע לאָשג- 


95 


קוידעשדיקע פּסוקים און מיט איר ענערגיע, װאָס קלעקט איר אַף 
אָנצוהײיבּן אַפן אַכט און פערציקסטן יאָר פון איר לעבּן זיך לערנען / 
אַף אַקושערקע. 
די יידענע איז געשטאָרבּן, איז געשטאָרבּן אַ בּאַרעדעװדיק / 
מויל, װאָס איז פול מיט לאָשנקױדעשדיקע פּסוקים, אַן ענערגיע 0 
אַף אָנצוהײיבּן אין די מיטעלע יאָרן זיך לערנען אַף אַקושערקע. ‏ 
נאָר אין איר קװאַרטיר אין דער גרויסער שטאָט איז שוין געווען | 
אַ נעסט, אין וועלכער עס האָבּן זיך געדרייט אַלערלײ רעװאָליו- | 
ציאָנערע אומלעגאַלע ייִנגלעך און מיידלעך, און אירע צוויי יינג- | 
לעך האָבּן שוין דעמאָלט געלערנט אין אַ רעאַלישול, פריער דער | 
עלטערער, נאָכדעם דער קלענערער. דער קלענערער-דאָס איז ! 
מוּלי, דער ייִנגערער פּראָװיזאָר אין גאָליכאָװקער נאַציאָנאַלייר- | 
טער אַפּטײיק, און דער עלטערער -- דאָס איז ער, יוּזי, דער אַרע- | 
סטירטער ,עס-ער'", װאָס דרעמלט דאָ אין קאַמער מיט אַן ! 
אומוּפהערלען געפיל, אַז ערגעץ ווייט, ווייט האַלט זיך אַלץ אין / 
זעצן די זון, און דרעמלענדיק האָט ער מוירע אופװואַכן, ווייל ער 
האָט פון זיך זיין לעבּן אַראָפּנעװאָרפן און איז שוין צו זיין טוט 
צוגעגרייט, און אַז ער װעט אוּפװאַכן, װעט ער זיך מוזן גרייטן ! 
צום טוט נאָך אַמאָל... . | 
דאָך האָט געטראָפן, אַז זיצנדיק אַזױ מיט פאַרמאַכטע אויגן 
אָן בּאַװועגונגען און פּלאָנטערנדיק זיך צװישן די זיכרוינעס װעגן 
זיין זיידן, זיין מאַמען און זיין טאַטן, װאָס האָבּן מיט זייערע 
לעבּנס בּאַשטימט און צוגעגרייט זיין איצטיקן טויט, איז ער איינ- 
מאָל דאָ אין קאַמער ווירקלעך גרינג אַנשלאָפן געװאָרן, און גע- 
ווען איז דאָס פאַרנאַכט, וװען ערגעץ װײיט קעגניבּער דעם 
הויכן געקאַװעטן פענצטערל האָט זיך ווירקלעך זייער לאַנג גע- 
זעצט די זון, 
אין דרעמל האָבּן זיך איִם דאַן געכאָלעמט דיזעלבּע דיקע און 
גרינע װוענט, צװישן וועלכע ער געפינט זיך אין דער ווירקלעכ- 
קייט, און געדרייט האָבּן זיך דאָ אַרום אים די בּרידער פּאָקראַס, 
סאָניע פּאָקראָווסקע, זיין בּרודער מולי און יענע גאַנצע גרופּע 
,עס-ערן", מיט וועלכע ער איז אין דער צייט פון זיין לעבּן אי- 
דעיש געווען געכונדן. -אַלע האָבּן זי דאָ צו אים, דֶעם גלײַכ- 
גילטיקן גערעדט װעגן עפּעס, זיך געאַמפּערט װעגן עפּעס, זיך 


96 


מיט אימפּעט געקליבּן ערגעץ פאָרן, זיך מיט אימפעט געקליבן 
עפּעס טון, און ער האָט זיך געװוּנדערט, וי אַלץ, װאָס זי רעדן 
און קלײיבּן זיך טון, איז פאַר אים, יוזין, נאַריש און פּוסט, ווייל 
אַלץ, װאָס ער האָט אין פּאַרבּינדונג מיט זיי און מיט זײיער אל 
דייע געקאַנט טון, האָט ער שוין אָפּגעטון. אים איז געווען אַ װוּנ- 
דער, װאָס זיי פאַרשטײען דאָס ניט. 

ער האָט אין כאָלעם גלייכגילטיק געװאַרט זיי זאָלן אַװעקגײן, 
און אַז זיי זיינען ענדלעך פונדאַנען אַװעקגעגאַנגען, איז אים אין 
כּאָלעם געבּליבּן אָפּצוטון נאָר איין זאַך -- לויפן און פאַרשליסן 
נאָך זי די טיר. פון דעם צי ער װעט עס בּאַװיזן, צי ניין איז 
אָפּגעהאַנגען אַלץ, אַלץ, נאָר דערלויפן צו דער טיר האָט ער ניט 
בּאַװיזן, ווייל פון קאָרידאָר האָבּן זיך פּונקט דענסטמאָל דערהערט 
יענע טריט, אַף ועלכע ער האָט די גאַנצע צייט געװאַרט מיט אַ 
פאַרשטאָרבּן האַרץ. די טיר האָט זיך געעפנט. און אַז ער, יוּזי, 
האָט זיך אופגעכאַפּט, האָט ער דערזעען פאַר זיך דעם אַגענט זו- 
בּאָק און דעם סליעדאָװאַטעל אַנדרעיעוו. בּיידע האָבּן זיך אָנגע- 
בּויגן צום װינקל, אין ועלכן ער איז געזעסן, און האָבּן געזוכט 
אַרום אים עפּעס נאָך עמעצן בּאַגלײיך זיי זאָלן זיך װוּנדערן, װאָס 
ער געפינט זיך איינער אַלײן אין דער קאַמער, 

-- קום! -- האָט געזאָגט צו אים זובּאָק, דענסטמאָל, וען אַנ- 
דרעיעוו האָט צוריק אופגעהויבּן פון דער פּאָדלאָגע דעם אָנגע- 
צונדענעם לאַמטערן. | 

יוזי האָט זיך דענסטמאָל אופגעװאַכט ניט נאָר פון זיין כאָ- 
לעם, נאָר אויך פון זיין שטענדיקן האַלבּידרעמלענדיקן צושטאַנד 
און פונעם געפיל, אַז ער איז שוין טויט. אים אין געװען אַ גרוי- 
סער שאָד, װאָס דאָס איז פֿאָרגעקומען און װאָס צום געדאַנק 
װעגן זיין טוֹיט װעט ער זיך מון אָנהײבּן גרייטן נאָך 
אַמאָל. 

זובּאָק און אַנדרעיעוו האָבּן איִם דענסטמאָל בּלויז אַריבּערגע- 
פירט אין אַן אַנדער קאַמער. 

אין בּלאַסן אָװונט-טונקלעניש איז אין דער נייער קאַמער גע- 
זעסן נאָך איינער אַן אַרעסטירטער, װאָס האָט זיך אָנגערופן מיטן 
נאָמען פּינקע ווייל. ער האָט געקוקט מיט אַ צעטראָגענעם בּליק, 
װאָס איז אויסן אָפּצושאַצן אַף איין מאָל סיי יוזין, סיי די פרעמדע 


1 


וועלט, פונװאַנען ער איז אַהער אַראָפּגעפאַלן. ער האָט פּלוצים אַ 
זאָג געגעבּן זייער געשווינד, קימאט אין איין אָטעם; 

-- טכע... נאָך דריי װאָכן, װאָס איך זיץ דאָ, איז מיר יעדער 
נייער מענטש אַבּיסל קענטלעך און היימיש. טכע!.. װי אַ גע- 


שוועסטער-קינד. יעדער נייער מענטש, דאַכט זיך מיר אויס, קער 


מיר אָן אַ שטיקל קאָרעו. איך בּין אַליין אַ קיעװער. און פונ- 
װאַנען זייט איר ? 

ער איז געווירע געװאָרן, אַז יוזי איז פון די אָרטיקע געגנטן 
און איז אַנשװיגן געװאָרן. ער האָט מיטאַמאָל וי אָנגעװאָרן צו 
יוזין יעדן אינטערעס, 


מיטן גרויען טאָג-ליכט האָט יװזי דערהערט אַ קאָל: 

-- איר זייט ניט געשלאָפן? 

18 -- 

-- אַ גאַנצע נאַכט? 

-- און איך בּין שוין געװווֹינט, 

-- אָ, אָ, נאָך אַ מיןיי 

-- אַבּי איך האָבּ ?עכטן געמיינט: איר זייט פון קיעו. 

-- מיר האָט זיך געדאַכט: איך האָבּ אייך אַמאָל געזעען אין 
קיעוו. 

-- צי עפשער אין זשיטאָמיר? איר זייט ניט געוען אַמאָל 
אין זשיטאָמיר ? 

יוּזי האָט געװאָלט אופהייבּן דעם קאָפּ, נאָר ער האָט עס ניט 
געטון, ווייל זיין שאָכנס פראַגן האָבּן זיך אַלץ געשאָטן. ער האָט 
פון אונטערן שטערן צום ערשטן מאָל אַף זיין שאָכן אַ קוק געגעבן. 
און ניט אַזױ אַפן שאָכן אַלײן, װי אַפן שאָכנס טױל -אַ מויל, 
װאָס קאָן אַזױ לייכט קלאפּן און אַזױ גלאַט אַרױסלאָזן פון צווישן 
די ציין אַ גאַנצע כאַליאַסטרע מיט װוערטער. 

ער האָט דערזען אַ נײַנצןיאָריק ייַנגלשע פיגור, װאָס פילט 
זיך גראָם אין די בּרייטע רױיטאַרמײיַשע קליידער, אַ פאַרבּרױנט 
קינדערש פּאָנים מיט שװאַך - שפּראָצנדיקע װאָנצעלעך, מיט 


מיידלשן כיין אַרום דעם מויל און אַרום די אויגן, װאָס בּעטן מע 


זאָל זיי אָנקערן אַ שטיקל קאָרעװ. 


98 


יי יה יט יי 26 


די פיגור האָט זיך געפונען אין עק פּאָדלאָגע אַף איר געלע- 
גער, און אין איר פאַרלאַרענעם אַרט זיצן איז געווען עפּעס שווע- 
רעס, וי אינעם זיצן פון אַ מענטשן, װאָס האָט געליימטע פיס. 

-- איך בּין אַ פאַרפאַלענער,--האָט געזאָגט פּינקע, -- אַן עק. 
איך ווייס אַליין, פון מיר װעט שוין קײַן לייט ניט זיין, מיר--אַ רויט- 
אַרמײער קומט, מיר קומט מע זאָל מיך שיסן. נאָר איר זאָלט 
וויסן פון װאָס עס האָט זיך אָנגעהױבּן... איר פאַרשטייט צי ניין?-- 
סאַכאַקל פון אַ קלאפּ אין בּויך... י 

יוזי האָט ניט פאַרשטאַנען, װאָס האָט זיך פון אַ קלאפ אין 
בּויך אָנגעהױבּן : דאָס, װאָס פון פּינקען װעט שוין קיין לייט ניט 
זיין, צי דאָס, װאָס אים קומט מע זאָל אים שיסן? ער האָט ער- 
געץ טיף אין זיך, װי אַ זוך געגעבּן אַװעלכע ס'ניט איז געפיל 
צו אָט דעם ייַנגל און האָט דאָרט צו זיין בּאַװוּנדערונג גאָרנישט 
געפונען, ער האָט װי אַ גראבּל געטון אין זיך נאָך טיפער און 
האָט װידער גאָרנישט געפונען. נאָך דער האַלבּ-טױטקײט, װאָס 
ער האָט אין די לעצטע פּאָר טעג איבּערגעלעבּט, איז ער געוען 
דורך און דורך פּוסט, 

וי אַ געשאָסענער האָט ער ניט געהאַט קיין מינדסטן מיט- 
געפיל פאַר פּינקען, וועמען געשאָסן צו װוערן שטייט ערשט פאָר. 

זיין איינציקער פאַרלאַנג איז געווען, זיין נייער שאָכן זאָל 
װאָס װייניקער ריידן. פּינקע אָבּער איז נאָך זיין דרײי-װאָכעדיקן 
אַרעסט נאָך אַלץ געווען פול מיט פּלױדער, מיט יונגן צאַפּלדיקן 
לעבּן און האָט געװאָלט, אַז זיין נייער שאָכן זאָל װאָס װייניקער 
שווייגן, 


( א 


פינקע ווייל האָט דאָ אין קאַמער געהאַט מיט זיך פיל פּאָסט- 
קאַרטן מיט בּילדער פון זיין געבּורטשטאָט און האָט זי בּאַװיזן 
יוזין מיט צעטראָגענער פרייד, מיט גרויס סימכע, װאָס אַף דער 
וועלט איז פאַראַן אָט די שטאָט: : 

-- קיעוו, -- האָט ער געזאָגט, -- איר זעט? אַ שיינע שטאָט, 
אַ שיינע שטאָט, אַך, אַ שיינע! גרינע בּיימער אַף די בּערג. איין 
האַלבּ שטאָט איז הויך, הויך, און דער צווייטער - טיף אין אַ טאָל, 
אַז מע שטייט דאָרט אין עק אין דער הייך, הערט מען וייט פון 


99 


אונטן דעם גערויש: בַּררר ! בּררר !... וי נאָך פּייסעך בּא אַ גרויסן - 
טייך, ווען עס קװאַקען זשאַבּעס. און מיר האָבּן געװוינט אין ני- 
דעריקן טייל, איר זעט? דאָ, אַף דער גאַס. 

צוישן די געמאָלטע פאַרשײידנאַרטיקע פּאָסט-קאַרטלען האָט 
פּינקע געהאַט איינס אַ גרויס פאַטאָגראַפיש בּילד, אַ פאַמיליען- 
בּילד פון זיין טאַטן, פון זיין ו אַמען און פון אים, פּינקען, וען 
ער איז נאָך געווען אַ קליינעי . א צװעלפיאָריקער, אין אַ גימנאַ- 
זיסטן-היטל, כאָטש אין גיו אֿזיע האָט מען אים אַפילע ניט גע- 
קלערט לערנען, 

דאָס בּילד האָט אי געזען, װי פון אַמאָליקע יאָרן און גע- 
דאַכט האָט זיך; 

אַלע, װאָס זיינױ אַף דעם פאָטאָגראַפירט, זיינען שוין לאַנג 
געשטאָרבּן, 

רעכטס אַפן .ילד; | 

פּינקעס פאָטער, יענער זעלבּער, איבּער װעלכן אאַלץ האָט 
זיך אָנגעהױבן", ווייל ער האָט אײינמאָל געשלאָגן פּינקען מיט די 
פויסטן אין בּויך -- שטאַרק געשלאָגן--אָט אַזױ... מיט אַלע קויכעס, 
ער זיצט אין אַ ווייכן שטול. ער איז אַ גרויסער, לײַבּיקער ייד 
מיט אויסגעגלאָצטע גלעזערנע אויגן. זיינע פולע אַנטפּלעקטע 
ליפּן שמייכלען פון אונטער די געשוירענע װאָנצעס, װי עס שמיי- 
כלען אַף אַ כאַסענע די ליפן פון אַ יידן, װעמען עס קומט, מע 
זאָל אים אַװעקזעצן אױבּנאָן, נאָר איבּער אַ טאָעס האָט מען אים 
אַװעקגעזעצט גאַנץ אונטן צוישן קאַפּצאָנים. 

הינטער זיין שטול שטייט מיט אַ מער ענערגיש און מיט 
יונגן לעבּעדיקן פּאָנים פּינקעס מוטער, און אין דעם, װי אַזױ זי 
האַלט איר האַנט אַפן מאַנס אַקסל איז צו זען, אַז זי גיט אָפּ 
גערעכט זיינע ליפן- זי האַלט, אַז זײי טוען גוט, װאָס זי 
שמייכלען. 

פּינקע, זעט מען, האָט זיי בּיידן פיינט, 

ער זאָגט וועגן זיי: 

-- איר זעט צי ניין? אַ מישפּאָכעלע, אַ ? פון אַזאַ מישפּאָכע 
קאָן מען האָבּן נאָר צאָרעס, 

צוריק מיט אַ יאָר צוויי איז ער פון זיי אַנטלאָפן, װײַל זיין 
מאַמע האָט זיך צו אים שטענדיק , געװיאַזשעט", שטענדיק ,גע- 


100 


װיאַזשעט", און ווייל זיין טאַטע האָט אים איינמאָל געשלאָגן מיט 
די פויסטן אין בּויך, אָט אַזױ... װי מיט האַמערס. ער האָט גע- 
װאָלט אַװעק פון זיי װאָס װייטער, װאָס װייטער, און אין ערגעץ, 
האָט זיך אים געדאַכט, װעט ער ניט זיין פון זיי אַזױ ווייט, וי 
אין דער רויטער אַרמײ, כאָטש די רויטע אַרמײ האָט דענסטמאָל 
געהאַט איר קאַזאַרמע טאַקע בּאַ זי אין גאַס. 

ער האָט אין דער רויטער אַרמײ צוויי יאָר זיך געשלאָגן אַף 
פאַרשידענע פּראָנטן און מיט פאַרשידענע בּאַנדעס און איז געווען 
אַ קאָמוניסט. ער האָט ניט געװוּסט, אויבּ אינדערהיים זוכט מען 
אים צי ניין. נאָר צוריק מיט אַ כאַדאָשים דריי האָט מען אים 
אַף איינעם אַ פראָנט פאַרװוּנדעט אָט אַהער, אין דער לינקער 
האַנט, אַבּיסל העכער פונעם עלנבּויגן. עס האָט גאַרניט אַזױ 
שטאַרק וי געטון... און די װוּנד איז די ערשטע טעג געווען בּאַ 
אים טײיער, װי דער בּיס פון אַ מיידל, וועלכע מע האָט ליבּ, 

עס האָט גאָרניט אַזױ שטאַרק װײי געטון. אַלע פרימאָרגן, 
ווען ער פלעגט זיך אופכאַפּן, פלעגט ער דענסטמאָל צום אַלעם 
ערשטן זיך דערמאָנען אין דער װוּנד, װאָס געהערט צו אים, פּינ- 
קען, דעם קאָמוניסט, און האָט דערפילט, אַז ער איז גליקלעך. 
און טאַקע, װײַל ער איז דענסטמאָל געווען אַזױ גליקלעך, האָט 
ער, פאָרנדיק אין סאַניטאַר-צוג, אָנגעשריבּן אַ קאַרטל אַהים. אים 
איז אַפילע ניט איינגעפאַלן, אַז מע װעט אים פון דער היים אַפן 
קאַרטל ענטפערן. נאָר אױיסגעלאָזט האָט זיך, אַז זיין מאַמע האָט 
פאַרזעצט אַ פוטער און איז בּאַלד אַװעקגעפאָרן אים אופזוכן. 

זי האָט אים אַף דער דריטער װאָך געפונען אין מאָסקװע אין 
אַ שפּיַטאָל, און אַז זי האָט אִים דערזען אין אָט די רױטאַרמײ- 
יע קליידער, האָט זי געװיינט: | 

-- זע נאָר אַ היילעך,--האָט זי געזאָגט, 

-- זע נאָר די געלאַטעטע שטיול. 

-- האַלעװײַ װאָלט שוין טראָצקי געגאַנגען אין אַזעלכע 
שטיוול. 

און זי האָט אים'"דערציילט, װיאַזױי מע איז אינדערהיים פאַר- 
אָרעמט געװאָרן; מע האָט דאָרט שוין ניט קיין קראָם פון גע- 
פעס, מע האַלט שוין ניט קיין דינסט, מע װוֹינט אין איין צימער 
און מע קאָכט אין אַ הרוּבּע. 


101 


און דעם טאַטן איז פאַרבּליבּן אַ שװערע קרענק פון נאָכן 
טיפוס. ער איז געװאָרן טױיבּ. ער האַלט בּאַ שטאַרבּן. 

-- זאָלסט אָנקוֹקן דעם טאַטן,--האָט זי געזאָגט צו פּינקען,-- 
ער וויל דיך זען פאַרן טויט, 

און זי האָט װוידער געוויינט, 

דענסטמאָל האָט זיך פּינקע אױיסגעבּעטן אין שפּיטאָל און איז 
אַװעקגעפאָרן אַהיים אַף .פּאָפּראַװוקע", כאָטש ער האָט נאָך אַלץ 
ניט געהאַט פאַרגעסן, װי אַזױ דער טאַטע האָט אים געשלאָגן 
מיט די פויסטן אין בּויך, 

נאָר אינדערהיים האָט זיך אַרױסגעויזן, אַז דער טאַטע איז 
גאָר ניט אַזױ קראנק, כאָטש צוּם בּעט איז ער ווירקלעך געלעגן 
און טויבּ איז ער ווירקלעך געװאָרן פון נאָכן טיפוס, 

אַף פּינקען האָט מען זיך דאָרט אָנגעזעצט--אַלע קרויווים---און 
גערעדט איבֶּער אים טאָג װי נאַכט װעגן זיינע געװעזענע טאָ- 
װאַרישטשעס", װאָס זיינען קימאַט אַלע געװאָרן קאָמיסאַרן און 
גייען אױסגעפּוצט מיט אַראַפּניקלעך און מיט רעװאָלװערן און 
זיינען אַבּיסל אַנדערש, וי פּינקע -- נישקאָשע -- זיי פאַרלאָזן ניט 
קיין קראַנקע טאַטע- און-מאַמע, 

אַה צו פאָרן איִם אופזוכן האָט מען שוין פאַרקויפט און פאַר- 
זעצט דאָס לעצטע, און איצט איז געבּליבּן נאָר איין האָפענונג-- 
ער, פּינקע זאָל העלפן... איצט איז פאַראַן איינער, װאָס וויל בּאַ- 
צאָלן פיל געלט פאַר אַריבּערפירן אַ קליין קעסטעלע פון דער 
גרענעץ. ער שיקט אַלע טאָג פרעגן: 

-- ,װוּדזשע איז ער, אייער פּינקע?י 

אַלע זאָגן: עס איז דאָך דאָס גרינגסטע. װער װעט דען גין 
זוכן בּאַ אַ פאַרװוּנדעטן רױטאַרמײער 1... 

און װייל מע האָט זיך אַף אים אינדערהיים זייער שטאַרק 
אָנגעזעצט, איז ער געפאָרן צו דער גרענעץ נאָכן קעסטל. אַף 
פּאָטער צו װערן איז ער געפאָרן. ער האָט אַפילע ניט געװאָלט 
וויסן, װאָס אין קעסטל געפינט זיך. ער ווייס עס נאָך איצט אויך 
ניט. און ערשט נאָך דעם וען מע האָט איםֿ מיטן קעסטל בֹאַ 
דער גרענעץ געכאַפּט און אים געזאָגט, אַז עס קומט אים דער- 
פאַר שיסן, האָט ער אָקאָרשט אָנגעהױבּן צו פאַרשטיין, װאָס מיט 
אים, פּינקען, דעם קאָמוניסט, האָבּן געטון אייגענע טאַטעדאון-מאַמע. 


102 


און איצט.., 

איצט האָט פּינקע דאָס אַלץ מיט אַ בּליישטיפט און מיט אַ 
נערוועזער געשווינדער האַנטשריפט אָנגעשריבּן אַף פּאַפּיר, קעדיי 
צו דערלאַנגען עס װי אַ בּיטע צום נאַטשאַלגיק. 

נאָר װי אַזױ די בּיטע צו ענדיקן האָט ער ניט געװוּסט און 
האָט זי אַף מעווינעס געגעבּן לייענען יוזין. 

-- ,און איצט, האָט ער געשריבּן, בּעט איך דעם כאַװער נאַ- 
טשאַלניק".., 

און ווייל ער האָט ניט געװוּסט װי אַזױ צו ענדיקן אָט די 
בּיטע, װאָס דאַרף פּויעלן, מע זאָל אים לאָזן לעבּן, האָט ער פּלו- 
צים געענדיקט אַזױ, װי עס דאַרף, לוט זיין מיינונג, ענדיקן זיין 
בּיטע אַן עמעסער קאָמוניסט : 

-- ,און איצט, האָט ער געענדיקט, בּעט איך דעריבּער, מע 
זאָל מיך װאָס גיכער שיסן". 

איצט איז פּינקע געװען צופרידן, װאָס דער סאָף פון זיין 
בּיטע איז בּאַ אים אַרויסגעקומען אַזאַ שטאַרקער. אים איז געווען 
געפעלן, װאָס ער האָט געענדיקט זיין בּיטע אַזױ, װי עס דאַרף 
ענדיקן אַן עמעסער קאָמוניסט, 

נאָר נאָכדעם, אַז ער האָט זײַן בּיטע אָנגעגעבּן, האָט ער 
בּיסלעכווייז אָנגעהױבּן צו גלױבּן, אַז דער עמעסער קאָמוניסט 
דאָס איז טאַקע ער, פּינקע אַלײן,-- ער יל ווירקלעך, מע זאָל 
אים װאָס גיכער שיסן און אַז נאָר צוליבּ דעם האָט ער זין 
בּיטע געשריבּן, 

-- דאָס ערגסטע,--האָט ער געזאָגט צו יוזין, -- איז וען מע 
בּרענגט מיך אַרעסטירט קיין קיעוו. וי מיינט איר? מע װעט 
מיך ניט אָפּשיקן קיין קיעוו? איך האָבּ דאָרט טאָװאַרישטשעס.. 
איך יל ניט מע זאָל מיך פירן קיין קיעוו... איך האָבּ שוין גע- 
רעדט ‏ מיטן נאַטשאַלניק אַליין, האָט ער זיך געבּייזערט -- ניט נאָר 
אַף מיר, אַף אַנדערע אַרעסטירטע אויך. ,טשטאָ װי,--האָט ער גע- 
זאָגט,--- שוטיטע ?* 

דערבּיי איז פּינקע געווען זיכער, אַז דער נאַטשאַלניק איז צו 
אים אַ גוטער, פיל בּעסער, װי צו אַנדערע אַרעסטירטע, וייל 
ער, פּינקע, איז אַ רױטאַרמײער. צו פּינקען הייסט ער צולאָזן 
זיין מאַמען אַפילע אין מיטן װאָך, ווען מע לאָזט דאָ צו קיינעם 


103 


ניט צו. פּינקע אָבּער װיל ניט, אַז זיין מאַמע זאָל צוֹ אים אַהער 
קומען. ער װיל ניט אַרױסגײן צוּ איר פון דער קאַמער, ער זאָגט 
צו איר; 

-- װאָס בּיסטו צו מיר געקומען װאָס ? פֹֿאָר דיר אַהיים, ווֹער 
דאַרף דיך דאָ? 

פּינקע האָט מיט אומגעדולד געװאַרט אַפן ענטפער, װאָס ער 
װעט בּאַקומען אַף זיין בּיטע. נאָר דער ענטפער איז געקומען 
פיל גיכער, װי ער האָט געמיינט. אין קאַנצעליאַריע, װוּהין מע 
האָט אים אַפן אַנדערן טאָג גערופן, איז צו אֹים מיטן רוקן גע- 
זעסן דער נאַטשאַלניק און האָט אין די הענט געהאַלטן זיין בּיטע. 

-- וועגן װאָס בּעטסטו?--האָט ער בּאַ פּינקען געפרעגט, 

פּינקע האָט מיטאַמאָל זייער שטאַרק דערפילט אין זיך דעם 
עמעסן קאָמוניסט. ער האָט זיך אויסגעגלייכט, װי מע גלייכט זיך 
אויס פאַר אַ װיכטיקסטן עלטסטן און האָט װי פאַר אַ װיכטיקסטן 
עלטסטן אױיסגעקנאַקט : 

-- איך בּעט מע זאָל מיך שיסן. 

דערוף האָט אים דער נאַטשאַלניק געענטפֿערט גאַנץ קאַלט, 
בּאַקוקנדיק אים מיט אַ נייעם רוּיִקן בּליק; 

-- כאָראָשאָ.--האָט ער אים. געענטפערט, -- פּאָסמאָטרים. 

וועגן דעם אַלעם האָט פּינקע נאָכדעם דערציילט יוזין, 

און יוּזי האָט געהערט גלאַט אַזֹ, װי אַף יויצע צו זיין, ער 
האָט געקוקט פּינקען אין פּאָנים אַרײן, געקוקט מיט בּאַװוּנדערונג, װאָס 
נאָך די איבּערלעבּענישן פון די לעצטע טעג, איז ער, יוֹזי, פול 
מיט פּוסטקײט, ער פילט די פּוסטקײיט אינעװייניק אין זיך און 
האָט ניט פאַר פּינקען קיין מינדסטן מיטגעפיל, און פּרוּוֹט ער 
גראָבּן אין זיך אַלץ טיפער און טיפער, געפינט ער דאָרט אויך 
ניט קיין מיטגעפיל... פריער, פאַר די איבּערלעבּענישן פון די 
לעצטע טעג, װאָלט ער פון פּינקעס געשיכטע געװיס געװען 
אַרוסגעפירט, אַז שולדיק איז די אָרדענונג --אן אָרדענונג, װאָס 
שאַפט פון אַזעלכע פּינקעס רױטאַרמײער און כאַפּט זיי נאָכדעם 
אַליין בּאַ דער גרענעץ, װי פאַרבּרעכער. נאָר איצט קער ער זיך 
מיט דעם אַלעם מער ניט אָן. ער איז בּלויז פול מיט פֿוסטקײט, 
פוֹל מיט גלייכגילטיקייט, 


104 


דערצו נאָך האָט מען צו אים אין קאַנצעליאַריע נאָך אַלץ 
אָנגעװענדעט די פריערדיקע מיטלען, װאָס זיינען פאַר אים געווען 
ניט פּאַרשטענדלעך -- מע האָט אים ניט גערופן צו דער אויס- 
פאָרשונג, 

און װידער האָט ער ניט געװוּסט, װאָס װיל מען מיט דעם 
דערגרייכן און פון װעמען שטאַמט עס: פון דער קאַנצעליאַריע 
צי פון פּיליפּאָװן אַלײן. 

און װידער האָט ער זיך אופגעפירט אַזױ, גלייך ער בּאַמערקט 
עס ניט, 

עס האָט זיך, װי פון זיך געצויגן אַ שטומער קאַמף צװישן 
אים און דער קאַנצעליאַריע. און עס איז וי פון זיך יעדן טאָג 
אופּגעשטאַנען די פראַגע: בּאַ װעמען װעט היינט פּלאַצן די אַק- 
שאַנעס -- בּאַ אים, יוזין, וועלכער זיצט האַלבּ געטויט מיט פּינקען 
ווייל דאָ אין קאַמער, צי בּאַ פיליפּאָוון, װאָס הייסט אין קאַנצע- 
ליאַריע, מע זאָל װועגן אים, יוזין, ניט געדענקען, כאָטש אַז דאָס 
הייסט דאָרט טון פיליפּאָוו אַליין, האָט מען נאָך אַלץ ניט געקאָנט 
וויסן. 

אַלע אָװנט איז יוזי איינגעשלאָפן מיטן געפיל, אַז אַף דער 
פּוסטקײט פון אַ האַלבּ-געטױטן, װאָס ער טראָגט אין זיך, דריקט 
עפּעס אַ שװערקײיט; די שװערקיט ציט זיך צו אים פון דער 
קאַנצעליאַריע און פון פיליפּאָון. 

נאַכט בּאַ נאַכט אין פאַרװאָגלטן גרינגן שלאָף האָט ער גע- 
פילט דידאָזיקע שווערקייט און האָט ניט געװוּסט אין װאָס זי 
בּאַשטײט, 

צװוישן דרעמל און װאַכזײן האָט ער זיך געשראָקן ניט אַזױ 
פאַר פיליפּאָוון אַליין, װי פאַר איינעם אַן אומפאַרשטענדלעך טראָפּן 
יוישער, װאָס פיליפּאָוו טראָגט אין זיך -- אַ קאַלטער, אייזערנער 
טראַפּן יוישער, פון וועלכן ער, יוזי, הענגט איצט אָפּ מיט דער 
צווייטער העלפט פון זיין טויט. 

און ערשט נאָכדעם האָט אים אָנגעהױבּן קלאָר צו װערן, אַז 
אין דער אויסגעליידיקטער כורווע, װאָס ער טראָגט אין זיך, הייבּט 
זיך אַן צו בּאַזעצן עפּעס אַזױנס, װאָס איז אים בִּיז איצט געווען 
פרעמד און װאָס האָט אַ שײַכעס צום קאַלטן, אייזערנעם טראָפּן 
יוישער, װאָס פיליפּאָוו טראָגט אין זיך -- פיליפּאָווס קאַלטער, איי- 


105 


זערנער טראָפּן יוישער װעט בּאַשליסן צי מע זאָל אים, יוזין, 
שיסן, צי ניין, מעגלעך, ער װעט בּאַשליסן, אַז ניין. גיכער װעט 
ער בּאַשליסן אַף ,יאַ"-- אַלץ איינס, בּאַשליסן װעט דאָס דער 
קאַלטער, אייזערנער טראָפּן יוישער, | 

און דענסטמאָל האָט ער אָנגעהױבּן צו בּאַמערקן, אַז דאָס- 
זעלבּע קומט פאָר מיט פיל פון די אַרעסטירטע, וועלכע מע לאָזט, 
וי אים, אַרױס טאָגטעגלעך אַפן שפּאַציר. בּאַ אַלע איז די האָ- 
פענונג און די שרעק צוזאַמענגעקליבּן אין פיליפּאָווס קאַלטן אײַ- 
זערנעם טראָפּן יװוישער, פון װעלכן זי הענגען אָפּ מיט זייערע 
לעבּנס. און קאָלזמאַן ער האָט ניט אַרױסגעטראָגן דעם בּאַשלוס 
אַף זייער טויט, זיינען אַלע צו אים, װי מיספּאַלעל. אַלע זיינען, 
וי ער, בּלוטיק פאַרינטערעסירט צו וויסן : אין װאָס בּאַשטײט אָט 
דער אייזערנער, קאַלטער טראָפּן יוישער און װער איז דער, װאָס 
טראָגט אים אין זיך -- װער איז פיליפּאָוו אַליין? 


8 


בּאַנאַכט נאָכן וויזיט פונעם גאָליכאַװקער דאָקטער בּאַבּיצקי 
האָבּן בּאַ פיליפּאָוון זיך געשטאַרקט די ווייטיקן. 

בּייז און אָנגעשטױסן אַף דער כאַװערטע סאַשאַ, װאָס זי האָט 
דעם דאָקטער אַרױיסגערופן, איז ער געלעגן אין בּעט, די אױגן 
צוגעמאַכט, די בּרעמען אָנגעבּרױגעוט. ער האָט מער ניט אויסגע 
רעדט קיין װאָרט, 

אינדערפרי, ווען כאַװוערטע סאַשאַ איז אין זיין צימער אַרײינ- 
געקומען, האָט זי אים געטראָפן אָנגעטון, פאַראַקשנט, װי אַף צע- 
לאָכעס זיינע פאַרשטאַרקטע וייטיקן, איז ער מיט געשלאָסענע 
אויגן געזעסן אַפן בּרעג פון בּעט. 

-- דיר, טייערינקע, --האָט ער געזאָגט,-- איז צייט כאַסענע צו 
האָבּן. אָט װאָס: מיט קינדערלעך זיך אַ ניאַנטשע געבן. בּאַ אונדז 
איז אַ רעװאָלײציע, אין ליאַלקעס שפּילט מען זיך דאָ ניט. 

כאַװערטע סאַשע איז פוּן זיין צימער אַרױסגעקומען מיט 
רויטע פלעקן אַפן פּאָנים און מיט אַ צעטראָגענעם בּליק פון אַ 
מענטשן, װאָס האָט נאָר װאָס בּאַדאַרפט טון אַ נייטיקע זאַך און 
האָט פאַרגעסן װאָס. 

בּאַלד האָט זיך דערהערט, װי זי קריגט זיך אין קאַנצעליאַריע 
מיטן שפּעט אופּגעשטאַנענעם סליעדאָװאַטעל אַנדרעיעװ; זי זידלט 
אים, פאַרװאָס ער מאַכט װײיניק אױיספאָרשונגען און פאַרװאָס די 
פּראָטאָקאָלן זיינען בּאַ אים ניט אין אָרדענונג, 

אין נאָענטן קליינעם קאָרידאָר האָבּן געװאַרט אַרעסטירטע 
אופגענומען צו װערן. מע האָט זיך דאָרט איינגעהערט אין כאַ- 
ווערטע סאַשעס קאָל. 

און ווייל זי האָט געזידלט שטאַרק און לאַנג, האָט מען אין 
קאָרידאָר, װי פון זיך דערפילט, אַז די רעװאָליציע אין לאַנד איז 


107 


גאָך גענוג שטאַרק און אַז זי איז אַף לאַנג, אַף לאַנג און פעסט, 
און אַז די האָפענונג אַף פיליפּאָווס קרענק איז דעריבּער געװען 
אַ פאַלשע--ס'איז דאָ װער עס זאָל פיליפּאָוון פאַרבּייטן, 

בּאַטאָג איז פיליפּאָו אינעם בּעקעש און אינעם אָנגערוקטן 
מיצל דורכגעגאַנגען איבּער בּיידע הויפן, 

עס איז געווען פרייטיק, פאַר אַ זיצונג פון דער קאָלעגיע, 
װאָס בּאַשטײיט פון אים, פון כאַװערטע סאַשאַ און פונעם סליעדאָ- 
װאַטעל אַנדרעיעװ. 

עס האָבּן זיך פּאַמעלעך געצויגן די קויטיקע שאָען, װאָס פאַר 
עמעצנס אַן אורטייל, און אויך אַזױ קויטיק האָט אויסגעזען דער 
צעטראָטענער שניי, װאָס אין בּיידע הויפן, 

לינקס איבּער דעם שיטערן פּלױט, װוּהין מע לאָזט אַרױס 
אַפן שפּאַציר, האָט מען דעריבּער געזעען אַזױ װייניק אַרעסטירטע. 
עמעצנס אַ נאָז האָט דאָרט אַרײנגעצױגן אין זיך די פּראָסטיקע 
לופט, װאָס שמעקט װי מיט פריש-אַריינגעזעצטע כאַלע; אַ יידיש 
קאָל האָט דאָרט אַ זאָג געגעבּן אינדערהויך; 

-- וי איך בּין אַ ייִד, עס שמעקט, װי אום פרייטיק... מיט זראַזע, 

פיליפּאָוו איז צוּנעקומען בּיזן לעצטן טויער און האָט זיך דאָרט 
אָנגעבּייזערט אַף אַ גרופּע װייבּער -- מאַמעס און פרויען פון אַרעס- 
טירטע, װאָס קלאַפּן פון גאַנצפרי אָן מע זאָל זיי אַרײנלאָזן. 

-- נישטאָ דאָ װאָס צו פרירן, --האָט ער געזאָגט, -- נישקאָשע, 
איינמאָל אין װאָך איז גאַנץ גענוג. איך אַלײן האָבּ ניט געזען מיין 
מאמען שוין אַ יאָר אַכצן און שטאַרבּ יאַקאָס אויך ניט, 

ער האָט זיך דאָרט אָנגעשטױסן אַף אַ יינגלש-קליינעם רויט- 
אַרמײער, אַ רױטאַרמײער מיט אַ געקנייטשט פענימעל פון אַ מאָ- 
גערן סאָריסל און מיט קליינע פיסעלען, װאָס פּלאָנטערן זיך 
צװישן די לאַנגע פּאָלעס פון זיין גרויסער קאַװאַלעריסטישער 
שינעל. דאָס איז געווען אַ שאָליעך פון אַ ווייטן גרענעץ-פּאָסטן; 
ער איז צוריק מיט אַ פּאָר טעג געקומען זיך קלאָגן אַף די צע- 
ריסענע שטיוול, װאָט בּאַ אים און בּאַ אַלע דאָרט אַף זיין פּאָסטן 
און אַפן שלעכטן עסן, װאָס מע שיקט פונדאַנען. 

פיליפּאָוו האָט זיך פאַרקוקט פריער אַף דער טיר פון דעם 
נאָענטן פערדן-שטאַל און נאָכדעם אַפּן סאָלדאַטלס שטיוול-- 


108 


אַלטע, גרויע און פאַרטריקנט צעקנייטשטע, לעכעריק-געלאַטעטע, 
נעז פּול מיט נאַסן גװאַדזש. 

-- נו, װאָס, כאַװער ?--האָט ער בּאַם סאָלדאַטל אַ פרעג גע- 
געבּן, -- בּיסט נאָך אַלץ צו דיין פּאָסטן ניט אװעקגעפאָרן? אַ 
שאָד... אַ שאָד... 

דאָס סאָלדאַטל האָט אַ קוק געגעבּן פריער אַף פיליפּאָוון דער- 
נאָך אַפֿן אָפּגעבּיסענעם בּרויט, װאָס ער האַלט. ער האָט פּלוצים 
אופנעהערט צו קייען. 

-- אַז ניט איז דאָס מעגלעך?--האָט ער געזאָגט, -- מע שיקט 
אונדז פונדאַנען בּלויז בּרויט און הערינג.., 

און אַף די שטיוול האָט ער שוין פאַרגעסן זיך צו קלאָגן. 

פיליפּאָוו האָט געקוקט צום סאָלדאַטלס שטיול -- צו זייער 
אַלטע, ליידיק-פאַרקנייטשטע געדוֹלדיקע נעז. 

-- בּרוֹיט און הערינג,--האָט ער שטיל נאָכגעזאָגט, --נו, יאָ, 
איך אַלײן,.. איך עס אויך בּרוֹיט און הערינג, 

ער האָט פּלוצים אַ רוף געגעבּן דעם אָרטיקן רױטאַרמײער, 
װאָס דרייט זיך אַרום לעבּן פערדן-שטאַל, 

-- פיר דעם כאַװער, - האָט ער געזאָגט, --פיר אים אין 
קיך און אין די סקלאַדעס -- גיי ווייז אים אויס, װאָס מיר עסן 

און ער האָט מער ניט געהערט, װאָס דער פרעמדער סאָל- 
דאַטל טײַנעט. ער איז. אַװעקגעגאַנגען צוריק מיטן װעג, װאָס 
פירט צו דער קאַנצעליאַריע. ער האָט בּייז געבּרומט עפּעס אַזױנס, 
װאָס האָט אַלעמען בּאַדאַרפט אופקלערן, אַז ער מיינט צו 
זאָגן : 

-- אַלע כאַפּט איר אָן פאַרן גאָרגל, אַלע װילט איר רייסן 
שטיקלעך, ווער מיט צעלאָכעס, װער מיט פאַדערונגען, װער מיט 
בּעטן ראַכמאַנעס, 

אַקעגן, מיט דער מיטלסטער בּיימער-אַלײע, װאָס פירט פון 
דער קאַנצעליאַריע, איז געגאַנגען אַ מיטליאָריקע יידענע אין אַ 
לאַנגן סאַמעטענעם מאַנטל, 

די טונקעלע שאַל איז געלעגן אַף אירע פּלײצעס קרום, וי 
פאַרגעסן. די שאַל האָט זיך פון אירע פּלײצעס אַראָפּגעגליטשט, 
האָט זי זיך ניט אומגעקוקט צום אָרטיקן רױטאַרמײער, װאָס 
הייבּט פאַרבּײיגײיענדיק די שאַל אוף פון שניי און װאַרפט זי צו- 


109 


ריק אַרוף אַף אירע אַקסלען. דאָס איז געווען פּינקע װיילס מאַ- 
מע -- דער איינציקער זייטיקער מענטש, וועמען פיליפּאָוו האָט דאָ 
צוגעלאָזן צו איר זון אַלע מאָל, ווען זי קומט, 

פון אונטער איר קאָפּןךטיכל האָבּן זיך אַרופּגעשלאָגן צע- 
שטרױבּלטע האַלבּ-גרױע האָר. אירע אויגן האָבּן אין צעטראָגנקײט 
געזוכט עמעצן איבּער דער גאַנצער לענג פון דער אַלײע, און 
אַלײן האָט זי דערבּיי געהאַלטן אין איין זיפצן און קרעכצן, וי 
אַ יידענע, װאָס קערט זיך אום פון רייסן קװאָרים אֵף אַ בּעסוי- 
לעם. זי האָט ענדלעך דערזען פיליפּאָוון און האָט זיך צו אים 
צוגערוקט מיט איר ציטעריקן דערשראָקענעם קאָל. 

-- כאַװער פיליפּאָוו !... כאַװער נאַטשאַלניק !... איך בּעט דיך... 

-- נו, אָט...--פיליפּאָוו האָט אַף איר אַ וויילע געקוקט. 

-- בּאַ וועמען בּעטסטו ?--האָט ער געפרעגט, 

-- בּאַ דיר,--האָט די יידענע אָנגעהױבּן בּרעכן די הענט, -- 
בּאַ דיר, כאַװער נאַטשאַלניק, בּאַ דיר, כאַװער פיליפּאָו. 

פיליפּאָוו האָט אַף איר אַ קוק געגעבּן, װי אַף אַ פּערעאָדאָם. 

-- און פיליפּאָוו, -- האָט ער וי בּעסאָד איר אַרײנגעזאָגט 
אין אויער, -- פיליפּאָוו, אויבּ דו װוילסט וויסן, איז גאָר מיין צו- 
נעמעניש. מיין עמעסער נאָמען איז גאָר אַנאַסטאַסיעו. אַנאַסטאַ- 
סיעוו איז דאָ אַ זייטיקער, פאַרשטאַנען ? אַנאַסטאַסיעװ קאָן דיר 
גאָרניט העלפן. 

ער האָט זיך געלאָזט גיין וייטער צו דער קאַנצעליאַריע, 
װאָס אין דער מיטלסטער געבּיידע. נאָר די יידענע האָט פון אים 
ניט אָפּגעטראָטן. איר דערשראָקן קאָל האָט אַלץ געציטערט, 
האָט ער זיך אָפּגעשטעלט פאַרן אַרײנגאַנג און האָט דאָרט איר 
אָנגעװיזן אַף דער רויטער הענגענדיקער פאָן. ער האָט געטייטלט 
אַה דער פאָן מיטן פינגער. דער יידענע האָט זיך געדאַכט, אַז 
ער זאָגט: 

-- אָט װער איז בּאַלעבּאָס! 

און פּלוצים האָט זי דערהערט, װי ער בּייזערט זיך : 

-- װאָס מיינט איר? ווערטערלעך ?... איך, אַ קראַנקער מענטש, 
װאָס האָט איר זיך אַף מיר אָנגעזעצט? 

און ער איז פּאַמעלעך אַרײנגעגאַנגען אין דער אפסניי צו" 
געקליבּענער קאַנצעליאַריע. 


10 


צוליבּ דער טונקעלער שיין אין דרויסן האָבּן דאָרט שוין גע- 
בּרענט ליכט. כאַװערטע סאַשאַ און אַנדרעיעו האָבּן אַף אים 
געװאַרט, 

-- נו, װאָס ?--האָט ער געפרעגט,-- פאַרטיק צו דער זיצונג? 
וועלכע פּאַפּירן גייען צוערשט? | 

צוערשט זיינען געגאנגען די פּאַפּירן פון אַרן ייסראָעל יאָסי- 
פּאָװיטש לעמבּערגער -- דער אייגנטימער פון דער איינציקער לע- 
דער-פאַבּריק דאָ אין געגנט. זיינע יאָרן פיר און זעכציק. זיינע 
פאַרבּרעכן : ,נאָך דעם דעקרעט, װאָס פאַרפליכטעט אַלע איגנ- 
טימער פון זיין פאַך אָנצוגעבּן, יפל בֹאַ. זײ איז פאַראַן 
פאַרטיקע סכוירע, האָט ער אָנגעגעבּן נאָר דרייסיק פּראָצענט. די 
איבּעריקע 70 פּראָצענט האָט ער געפּעקלט איבּער דער גרענעץ 
און האָט דערפאַר בּאַקומען װאַליוּטע-- מיט די איבּעריקע 170 
פּראָצענט האָט ער ספּעקולירט, קעדיי פּערזענלעך רײַך צו װערן 
איצט, אין אַ צייט" און א. װ. 

פיליפּאָוו האָט צוגעמאַכט די אויגן, קעדיי ניט צו פילן אַזױ 
שטאַרק די וייטיקן און קעדיי בּעסער זיך איינצוהערן אין דעם, 
װאָס כאַװערטע סאַשאַ לייענט פאָר. איצט איז ער געװען יענער 
זייטיקער פיליפּאָוו, װאָס האָט אינדרויסן אָנגעװיזן דער יידענע 
אַף דער רױיטער פאָן. ער איז געװוען קאַלט און גלייכגילטיק צו 
זיך אַלײן, פּונקט װי צום גוירל פון אָט דעם לעבּן, װאָס רופט 
זיך ,אַרן ייסראָעל יאָסיפּאָװיטש לעמבּערגער" און װאָס האָט זיך 
בּאַשעפטיקט מיט ,פּערזענלעך רייך װערן איצט אין אַ צייט' 
און א. װ... ער האָט געדענקט דעם קאַלטן קױיטיקן שניי אינ- 
דרויסן און די רויטע פאָן, 

ער האָט די גאַנצע צייט' געמאַכט אַן אָנשטרענגונג אַף צו 
געדענקען עפּעס זייער אַ וויכטיקע זאַך, נאָר אין װאָס אָט די 
וויכטיקע זאַך בּאַשטײט, האָט ער בּעשומויפן דערמאַנען זיך 
ניט געקאָנט. -- ערשט שפּעטער, ווען ער האָט נאָך אַמאָל בּאַגעגנט 
אין הויף דעם רױטאַרמײער, װאָס איז געקומען פון וייטסטן 
גרענעץיפּאָסטן זיך קלאָגן, האָט ער זיך אָן דער װיכטיקסטער 
זאַך דערמאָנט ; 

-- דער רױיטאַרמײער האָט פריער געװאָרנט: ,מע װעט זיך 
צעלויפן אַהײם, מע װעט זיך צעלויפן,..* 


111 


אין יענער זעלבּער נאַכט האָט פּינקע װייל געװעקט יזין: 

-- כאַװער ספּיואַק !,.. א ?... כּאַװער ספּיװאַק!... 

אין קאָרידאָר צװישן די קאַמערעס האָבּן זיך געהערט טריט-- 
שפּעטע, בּאַקאַנטע װי פון לאַנג; זיי האָבּן זיך געמישט מיט נאָך 
עפּעס, און דערדאָזיקער ;נאָך עפּעס" איז געווען נאָר מער בּאַ- 
נאַכטיק, װי די טריט, 

אַ בּייז קאָל איז איבּערגעהיפּערט געװאָרן דורך אַ קלאַנג פון 
שפּאָרן און פון שליסל; אַ טיר פון אַ נאָענטער פּוסְטער קאַמֶער 
איז געעפנט געװאָרן, װי בּעטאָעס, און איז אַף גיך צוריק גע- 
װאָרן צוגעשלאָסן, עמעצער האָט דאָרט אַ שילט גֶעגעבְּן הויך און 
אַזױ בּייז, װי ער װאָלט אויסן זיין די אַרּומיקע גאַנצע װעלט 
צוזאַמען מִיט דער נאַכט, 

-- כאַװער ספּיװאַק!--האָט שִטיל געװעקט פּינקע,--איר הערט? 
כאַװער ספּיװאַק ! שוין נאָך דער זיצונג... פרייטיק... דענסטמאָל... 
ווען מע האָט אייך איבּערגעפירט צו מיר אין קאַמער, איז אויך 
געווען פרייטיק, נאָך אַ זִיצְוֹנָג... | 

יוזי האָט זיך אופגעזעצט נאָך איידער ער האָט זיך אופגע- 
כאַפּט און נאָך איידער ער האָט דערפילט די שטאַרקע פאַרּשלפאָנ- 
קייט, װאָס פילט אָן סיי אים, סֵיי די פּוסקייט, װאָס ער טראָגט 
אין זיך. ער האָט ניט געװוּסט, װאָס װיל פּינקע און וועמען 
שרעקט ער מיט די װערטער: 

-- ...צו אונדז, א ?... מע גייט צו אונדז. 

איצט, בֹּאַ טיפער בּאַנאַכטיקער פאַרּשלאָפנקײט, װאָס גיסט 
אים אָן, װי מיט שטאַיּקן שלאָף-געטראַנק, איז געווען גרינג נאָכ- 
צוגיין אָט די טריט און ניט פילן, װי מע גייט זיי נאָך, געטײַט 
ווערן צוזאַמען מיט דער אינעװייניקסטער פּוסטקײט און ניט פילן, 
אַז מע װערט געטייט. 

אַז ער האָט זיך אופגעכאַפּט, איז די טיר פון קאַמערּ שוּין 
געװען אָפן. ער האָט דערזען לעבּן זיך פריער דעם לאַמטערן 
און נאָכדעם די פיר אָדער פינף מענטשן -- עפּעס צו פיל מענטשן. 

-- װער איז ספּיװאַק? 

ער האָט ניט געענטפערט און האָט געװאָלט צוריק אַנִשְׁלאָפן 
ווערן, נאָר פּינקע איז שוין געשטאַנען גאָר נאָענט לעבֵּן אים און 
האָט געמאַכט אזאַ אויסוען, גלייך ער העלפט אִים זיך אָנטו. 


11 


יוזי האָט װי מיט װוּנדער אָפּנעשטעלט זיין בּליק אַף פינקעס 
פּאָנים. ער האָט ניט געװוּסט, צוליבּ װאָס האָט ער אים בּאַגעגנט 
דאָ אין קאַמער--צוליבּ װאָס איצט, אַכט טעג פאַרן טױט, אים, 
אָט דעם פּינקען מיט מיידלשן כיין אַרום מויל און מיט די אויגן, 
װאָס בּעטן מע זאָל זיי אָנקערן אַ שטיקל קאָרעוו. 

-- ס'איז גאָרניט,--האָט פּינקע צו אים אַ פּלױדער געגעבּן וי 
מיט פרייד,-- מע האָט אייך נאָך ניט גערופן אַפילע צום סליעדאַ- 
װאַטעל. איך האָבּ בּאַ זי געפרעגט. , מיר פירן איבּער, זאָגן זיי, 
אין דער אַלגעמײנער קאַמער", 

אַרום האַרץ האָט אַ זויג געגעבּן עפּעס וי א מין שטאַרקע 
בּאַנאַכטיקע בּענקשאַפט, און דידאָזיקע בּענקשאַפט האָט יװוי גע- 
פילט אין זיך די גאַנצע צייט, ווען מע האָט אים מיטן לאַמטערן 
געפירט איבּערן לאַנגן קעלערדיקן קאָרידאָר. 

מע איז מיט אים אַרױסגעגאַנגען אין קאַלטן דרויסן, װי או- 
מיַסטן אַף אָפּפּרישן זיך, מע האָט זיך אופגעהױבּן דורך טרעסּ 
אין אַ נייעם קאָרידאָר און אים דאָרט אַרײנגעלאָזט אין איינער 
פון די צוויי אַלגעמײנע קאַמערס., 


1א 


אין דער מיטעלער פירעקיקער קאַמער האָט גערױכערט 
אַ קליינער בּלעכענער װאַנט-לאָמפּ, גערויכערט מיט געשטאַנק, װי 
עס רויכערט אַזאַ סאָרט לאָמפּ שפּעט אין אַ ווינטער-נאַכט. 

צוגעטוליעט איינער צום אַנדערן און ניט װיסנדיק, אַז מע 
איז צוגעטוליעט, ליגנדיק און האַלבּ-ליגנדיק האָבּן זיך אַף דער 
פּאָדלאָגע געװאַלגערט די איינגעשלאָפנע אַרעסטירטע. 

דער ערשטער, װאָס האָט זיך דאָרט בּאַ ייס אַרײנקומען 
אַ ריר געגעבּן, איז געווען איינער א בּאָכער, ווייט פון דער טיר, 
האַרט בּאַ דער בּרענענדיק-הייסער הרובּע. דער בּאָכער האָט זיך 
אין שלאָף אופגעזעצט, אַ רייבּ געגעבּן לעפּיש די אויגן, נאָר יוזין 
ניט דערזעען. ער האָט זיך איינגעהויקערט און האָט לעבּן זיך אַף 
דער פּאָדלאָגע געשווינד אָנגעהױבּן צו װעקן זיין שאָכן; 

-- רעב אַרן... שטייט נאָר אוף... רעב אַרן !:. 

זיין שאָכן -- אַ גרײַזדגרױער און פעסטלעכער ייד אין גע- 
שטרייפטע הויזן און אין א שװאַרצער קאַפּאָטע -- האָט זיך קיין 
ריר ניט געגעבּן. זיין פעסטע אויסגעקיילעכטע בּרוסט האָט זיך 
געהױיבּן קרעפטיקער און מער גלייכמעסיק, װי בֹּא אַלע אַרומיקע 
איינגעשלאָפענע אַרעסטירטע, און דעריבּער האָט זיך געדאַכט, 
אַז אלע שנאָרכערייען און פייפערייען, װאָס פילן אָן די לופט אין 
צימער, טראָגן זיך בּלויז פון אים אַלײין, 

-- רעב אַרן!--האָט געװעקט דער בּאָכער.-- ייד איינער! אז 
איך האָבּ אייך עפּעס צו זאָגן. רעבּ אַרן! 

בּאַם יידן האָט אַ וויילע אופגעהערט זיך צו וויגן די בּרוסט. 
מיט צוגעמאכטע איגן האָט ער געגעבּן אַ צי-אויס צום בּאָכער 
זיין פעסטע ציכטיק-אויסגעקעמטע גרויע בּאָרד, װי ער װאָלט 
וועלן זאָגן : 


114 


שש 


-- ,נא, װוילסט רייסן ? -- רייס". 

נאָר בּאַלד האָט ער זיך אונטער דער בּאָרד געגעבּן א קראַץ. 
מיט אַ פאַרהױיבּענער פּאָלע פון זיין שװאַרצן סורדעט האָט ער 
פאַרשטעלט זיין פּאָנים פון דער שיין און איז שוין װידער געשלאָפן. 

פון אונטער דער פאַרהױבּענער פּאָלע האָט זיך אַנטפּלעקט 
דער טייל פון זיין קערפּער, װאָס פילט אָן בּיז צום פּלאַצן זיינע 
געשטרייפטע הויזן--אַ פעסטער טייל פון אַ מענטשן, װאָס בּאַ עט- 
לעכע און זעכציק יאָר איז ער נאָך פיל קרעפטיקער איידער אַנ- 
דערע יונגעלייט, 

-- נו, יאָ;--האָט אָפּגעזיפצט דער בּאָכער,--אים אופוועקן דאַרף 
מען זיין א בּעריע . 

ער האָט זיך גענומען איינקוקן אין יוין, װאָס זיצט וייס 
אַקעגן אף אַ קעסטל. 

-- אַ טשודנע ייד,--האָט ער צו יוזין א זאָג געגעבּן, -- אַפילע 
שטאַרבּן איז אים אויך גרינגער איידער אַנדערע, 

דער בּאָכער האָט זיך נאָך מער איינגעקוקט אין יוזיס נייעם 
פּאָניִם, געװאָרפן אַ בּליק אַף רעכטס, אף לינקס און האָט פּלוצים 
אָנגעהױבּן צו אים פּוזען. 

-- הערט,--האָט ער זיך בּאַהאַלטן הינטער יוזיס פּלײצעס, -- 
איר זאָלט ניט דאַבּערן גאָרנישט. פאַראַן דאָ א שפּיק... אָט דער 
זייגערמאַכער, 

דער בּאָכער האָט אָנגעװיזן אַף אײנעם אַ לאַנגן אינמיטן 
פּאָדלאָגע. 

-- ער איז אונטערגעשיקט אַהער, זאָגט מען, פונעם אָדן. פונעם 
סליעדאָװאַטעל אַלײין. 

יװוזי האָט ניט פאַרשטאַנען גאָרניט. דער בּאָכער האָט 
אַװעקגעפּױזט צוריק צו זיין ווינקל. 

דער לאנגער, אף וװעמען דער בּאָכער האָט אָנגעװיון, איז 
געשלאָפן אין מיטן דער קאַמער צי עפשער האָט ער זיך נאָר 
געמאַכט אַז ער שלאַפט. ער איז געלעגן אַף אַ זייט פונעם בּויך, 
געלעגן אומנאַטירלעך-איינגעהויקערט מיט שלאָפּנדיקע האַלבּ- 
פאַרגלאָצטע אויגן און מיט א צוגעטוליעטער בּאַק צו דער הוילער 
פּאָדלאָגע, װי עס ליגן אָפט עפּילעפטיקער בּאַלד נאָך א שווערן 
צופאַל. 


115 


זיינע הענט זיינען געװען האָריק און דאַר; די פינגער-- 
לאַנגע, גלאַנציקע, גלייך ער האָט מיט זיי פריער געפארפלט אין 
די געדערים פון אַ פעטער געבּראָטענער הון-- געפארפלט, גע- 
לעקט, ניט אָפּגעװישט און זײי געלאָזט אַזױ פֿאַרטריקנט 
ווערן מיט דער פעטער שמאַלץ, מיטן פעטן בּרוד אונטער די נעגל, 

זיין לאנג פּאָנים, די אומגעגאָלטע בּאַקן מיט די ליפּן זיינען 
אויך געווען אַזעלכע -- קויטיק, פעטלעך-גלאַנציק און ניט אָי 
געווישט, 

נאָר מעגלעך, אַז דאָס אַלץ האָט זיך אויסגעוויזן. שולדיק אין 
דעם האָט געקאָנט זיין די שיין פונעם קליינעם פאַרויכערטן 
װאַנט-לאָמפּ, װאָס בּאַלוױכט זייער טונקל די שטיקנדיקע לופט אין 
צימער. איבּער עפּעס האָט זיך געדאכט, אַז דער טשאַד גייט ניט 
פונעם רויכערדיקן לעמפּל, נאָר פון אים, פון אָט דעם לאַנגן 
פּלוצים האָט ער, וי אין גרויס שרעק, זיך געגעבּן א זעץ אוף, 
ער האָט א דעלובּע געטון מיט אַ דינעם גלאַנציקן פינגער אין 
דער לאַנגער נאָז און האָט זיך אומגעקוקט אַף יווין, װאָס זיצט 
אַקעגן. 

-- װאָס ?--האָט ער פאַרשלאָפן א פרעג געגעבּן,--די קאָמיסיע איז 
שוין געווען, אַ ? שוין געווען? 

יוזי האָט ניט געענטפערט, איז ער אַ ילע געבּליבּן אַזױ 
זיצן מיט פּינטלדיקע אויגן, װאָס קוקן פויגלש אין ייס פּאָנים, 
נאָר בּאַלד האָט ער זיך געגעבּן א שטעל אוף. ער האָט בּאַקומען 
אַ פאַרזאָטענעם, אָנגעגאָסענעם בּליק און האָט געשװוינד, פאַרגעסנ- 
דיקערהייט, אָנגעהױבּן אַרומצוגײן איבּער דעם צימער. 

זיינע לאַנגע בּאָרװעסע פיס האָבּן דערבּיי דאָדאון-דאָרט אַרי- 
בּערגעשפּאַנט איבּער לײבּער, איבּער הענט און איבּער קעפּ פון 
שלאָפנדיקע אַרעסטירטע. וינע לאַנגע הענט און די ווייסע אַרבּל 
האָבּן נאָכגעהאַנגען, װי הענט פון אַ גוילעם; זיין מויל האָט גע- 
שעפּטשעט זייער האַסטיק און פאַר זיך: 

-- נו, גוט.., 

-- נו, שוין... 

-- נו, געפּױעלט, געפּױעלט. 

ער איז אַף אַ רעגע שטיין געבּליבּן מיט די פּלייצעס צו יווין 
און האָט אָנגעהױבּן ציילן אַף די פינגער: : 


116 


-- נעכטן אינאָװנט איז געווען די זיצונג פון דער קאָמיסיעי.. 
איז היינט אינדערפרי... היינט בּאַטאָג... היינט אינאָװנט... מע 
װעט מיך שיסן, 

און פּלוצים האָט ער זיך אויסגעדרייט צו יווין, זיך אַראָפּ- 
געזעצט צו אים און האָט גענומען שעפּטשען אין זיין אוער : 

-- הערט,--האָט ער געזאָגט,--עפשער וייסט איר? איך בּין 
אַ זייגערמאַכער, עס הייסט: געווען. איך האָבּ בּאַ צוויי כאדאָשים 
געפֿירט איבּער דער גרענעץ פּעסער,.. פֿאַלשע פּוילישע פּעסער, 
אַכצן האָט מען בּא מיר געפונען. געכאַפּט האָט מיך דער אָדן 
אַלײן, פיליפּאָוו. מע זאָגט, אַז ער אַליין כאַפּט איז בּעסער. נעכטן 
איז געװען די קאָמיסיע. אַ ? וי מיינט איר.. מע װעט מיך 
שׁיסן... 

יוזי האָט פּאַמעלעך פאַרמאַכט די אויגן, קעדיי ניט צו זען 
אַקעגן זיך דעם בּרודיקן גלאַנץ פונעם לאַנגנס פּאָנים. ער, יוזי 
אַלײן, פלעגט דאָך אויך האָבּן בּאַ זיך אַ פאַלשן פּוילישן פּאַס, 
ווען ער פלעגט גאַנװענען די גרענעץ. דעם פּילישן פּאַס האָט 
מעגלעך זיין גרופּע ,עס-ערן" געקויפט טאַקע בּאַ אָט דעם לאַנגן, 
ווי-ניט-וול--אין דער בּרודיקײַט, װאָס ציט זיך פון אָט דעם יידן 
און פון אנדערע אַזעלכע װי ער, איז געווען בּאַטײליקט אויך ער, 
יוֹזי. נאָר דאָס אַלץ איז, דאַכט זיך, שוין געװוען אַזױ לאַנג, און 
דער פוסטקײיט, װאָס ער טראָגט אין זיך, איז איצט אַלץ איינס, 
צי דאָס איז געווען, צי ניין--די פּוסטקייט, װאָס ער טראָגט אין 
זיך, װיל בּלויז איין זאַך. דרעמלען... דרעמלען און געדענקען: 

-- ווען אַ ריינע האַנט זאָל װעלן לייטערן די וועלט, װאָלט 
זי ווירקלעך בּאַדאַרפט אױיסראַמען אָט דעם גאַנצן בּרוד, דאָ אין 
צימער, צוזאַמען מיט אים, דעם דרעמלדיקן יוזין, 

און ער האָט ווירקלעך אַנגעהױבּן צו דרעמלען. 

ווען ער האָט די אויגן נאַך אַמאָל געעפנט, איז שוין געוען 
- גרויער טאָג-ליכט. 

אַקעגן בּאַ דער הייסער הרובּע איז מיט א פאַרשלאָפן פּאָנים 
געשטאַנען דער גרייז-גרויער ייד אין דער שװאַרצער קאַפּאָטע און 
איַן די געשטרײיפטע הויזן. אָטעמענדיק אומצופרידן דורך דער 
נאָז, האָט ער אַראַפּגענומען פון זיין האַלדן דעם אָפּגעלײגטן 
קראָגן : 


7 


-- זעסט, צי ניין? האָט ער געזאָגט,--נאַס... אויסצודרייען... 
אַז מע האָט מיך גענומען, װי איך שטיי און גיי... פון אַ בּאַר- 
מיצווע, 

ער האָט גענומען אויסגלעטן די בּאָרד מיט אַזאַ מינע, גלייך 
ער וויל געפינען אין איר א שטרוי צי אַ פעדער, 

עו האָט זיך פאַרטראַכט און האָט אַזאָג געגעבּן, װי צו 
אַלעמען און צו קיינעם ניט ; 

-- פונדעסטוועגן... מיינט איר, אַז איך האָבּ ניט געפילט ? 

דערנאָך האָט ער זיך צוגעזעצט אַף אַ פרעמד פּעקל מיט אַזאַ 
זיפץ, װאָס מיינט צו זאָגן; 

-- מע פילט.,. מע פילט.,. 

ער האָט זיך װידער פאַרטראַכט און האָט גענומען רופן צו זיך 
דעם היטער, דעם רױטאַרמײער, װאָס בּאַװײיזט זיך אלע וילע 
מיט דער בּיקס אין דער טיר; ו 

-- הערט נאָר! הערט נאָר..--האָט ער אויסגעשטרעקט צו 
אים די פינגער,--טאָװאַרישטש.., איך האָבּ אייך דאָך נעכטן געבּעטן. 

-- רעב אַרן,--האָט געשריגן צו אים דער בּאָכער פון צווייטן 
צימער, ---אָט איז דאָ אַבּיסל װאַסער. איר קאָנט זיך װאַשן. 

צוויי מיידלעך, לעבּן וועלכע דער בּאָכער איז געשטאַנען-- 
צוויי אַרעסטירטע קריסטלעכע גאַסן-מײדלעך -- האָבּן, ליגנדיק אַף 
דער פּאָדלאָגע, אַרונטערגענומען די קעפּ אונטער דער אַלטער 
שאַל, מיט וועלכער זי זיינען בּיידע געווען צוגעדעקט, און האָבּן 
אָנגעהױבּן זיך שטיקן פון געלעכטער. צו זיי האָט געקערט דער 
טשײיַניק מיט װאַסער, װעלכן דער בּאָכער האָט דערלאַנגט רעב 
אַרענען. 

נאָר רעב אַרן האָט ויך ניט געאײַלט. זיצנדיק פאַרזאָרגט 
אַפן פרעמדן פּעקל, האָט ער אַ וילע געקוקט אַפן אויסגעשט- 
רעקטן טשײַניק װי מיט כשאַד, 

-- בּאַ וועמען האָסט גענומען דעם טשײַניק? האָט ער גע- 
פרעגט, -- בּאַ אָט די נעקייוועס ? אַ ?., 

ער האָט זיך פאַרטראַכט: 

-- הערט נאָר! טאָװ-װאַרישטשעס ! טאָװ-װאַרישטשעס !-- האָט 
אַ דוף געגעבּן דעם רױטאַרמײער, װאָס האָט זיך אַף אַ רעגע 
ווידער בּאַװיזן אין טיר, 


118 


דערנאָך האָט ער זיך, װי פאַרגעסן, ער האָט דאָ, לעבּן זיך 
אַף דער פּאָדלאָגע גענומען גיסן פונעם טשײַניק דריי מאָל אַף די 
שפּיץ פינגער פון יעדער האַנט--גיסן און שעפּטשען מיט די 
ליפּן, 

-- איך בּעט אייך, האָט זיך פאר אים פאַרקרימט דער לאַנ- 
גער גלאַנציק-קויטיקער זייגערמאַכער, -- בּאָרגט מיר אייער טאַלעס... 
װאָס פאַר יידן זייט איר ? אַז איך ויל אָפּדאַװנען צום לעצטן 
מאָל, איידער מע װעט מיך שיסן... 

און פּלוצים, װי גערירט פון זיך אַלײן, פון דעם, װאָס ער 
ויל אָפּדאַװנען צום לעצטן מאָל פאַרן טױט, האָט ער זיך נאָך 
מער פאַרקרימט און אַ כליפּע געטון זײיער טרוקן און אָן 
טרערן, : 

דענסטמאָל האָט רעב אַרן געמאַכט מיט די אַקסלען און מיט 
די אויגן אזא בּאַװעגונג, װאָס האָט צו זאָגן, אַז ער װייס ניט, 
װאָס דער זייגערמאַכער וויל פון אים... 

-- מענטש איינער! -- ער האָט אופגעהערט צו שעפּטשען -- 
איר האָט מיך דען געבּעטן און איך האָבּ ניט געגעבּן? נאַט אייך 
מיין טאַלעס, 

מיטן װאָרט , טאָװאַרישטש* האָט ער ווידער זיך אַ לאָז גע- 
געבּן צום רױיטאַרמײער, װאָס שטייט מיט דער בּיקס בּאַ דער 
טיר, ְ 

צו יוזין האָט זיך צוגערוֹקט דער בּאָכער, װאָס קלעפּט אַרום 
רעב אַרענען. | 

-- היינט איז שאַבּעס, -- האָט ער צו אים אַ װוּנק געטון וועגן 
רעבּ אַרענען, -- איך קאָן אים שוין גוט. איך האָבּ בֹּאַ אים גע- 
דינט... פוּן נעכטן אָן אַז ער האָט זיך אָנגעקלעפּט אָנעם רויט- 
אַרמײער, ער זאָל אים בּרענגען אַ װײסע כאַלע... געפונען די 
צייט.,. אים האָט זיך פאַרװאָלט אַ ווייסע כאַלע.. 

און פּלוצים האָט ער דערזעען, וי אומבּאַועגלעך יוזי זיצט די 
גאַנצע צייט לעבּן דער טיר אַפן קעסטל און האָט זיך פאַר אים 
װי דערשראָקן, 

מע האָט אין קאַמער אָנגעהױבּן צו קוקן אַף יוזין -- קוקן, זיך 
שעפּטשען און זיך נאָכפרעגן, װאָס מע קוקט. 


119 


אַרום עלף אַזײגער איז מען געקומען פון דער קאַנצעליאָריע 
ציילן די אַרעסטירטע לוט אַ צעטל, 

בּאַ דער קאַמער האָט אָפּגענומען דאָס לאָשן. 

געציילט האָט מען אַלע, אָן אויסנאַם. און װידער האָט מען 
ניט געװוּסט קלאָר: 

-- וועמען מיינט מען? 

מיטן צעטל האָט מען נאָכדעם זיך אומגעקערט אין קאַמער 
נאָך אַמאָל. מע האָט געפרעגט בֹּאַ אַלע אַקעגן-קוקנדיקע אויגן: 

-- יאַן קאַלינא ! 

מע האָט אויסגעשריען אַפן קאָל; 

-- ווער איז קאַלינא? 

יאַן קאַלינא -- א שװאַרץ - געבּרױינטער דאָרף - שייגעץ מיט 
אַ קרעפטיק-אַרױסגערוקטן אונטער-מויל און מיט אַ גרויסן רויטן 
פלעק אַרום לינקן אויג, האָט זיך װי געשפּיגלט אין זיינע נייע 
פעטע שטיוול און אין זיינע צוגעפּוצטע בּגאָדים -- בּגאָדים פון 
אַ צופרידענעם בּאַלעגוף -- אַפּאָנים, ער האָט זיך אקאָרשט ניט 
לאַנג פאַר זיין אַרעסט אין זיי אויסגעפּוצט. ער איז געזעסן אין 
ווייטן עק פון צימער לעבּן דעם אַרעסטירטן דרעמלדיקן גאַלעך, 
װאָס שפּאַרט דעם קאָפּ מיט עלנבּויגן אַפן נאָענטן טִישׁל. דער 
שייגעץ האָט זיך אופגעהױיבּן פון זיין פּלאַץ זייער פּאַמעלעך, װי 
וויסנדיק פאָרוס, אַז ער װעט דערוף כאראָטע האָבּן, 

נאָר איידער ער האָט זיך אינגאַנצן אופגעהויבּן, האָט ער זיך 
צוריק אַראָפּגעזעצט, 

טיף אונטער זיין שטערן האָט אַנשטאָט אױגן, אַ בּליק גע- 
געבּן עפּעס טומפּעס, אומבּאַקאנטס. זיין רױטער פלעק האָט זיך 
אָנגעצונדן. 

אין קאַמער האָט מען װעגן אים געזאָגט: 

-- פאַרמישט אִין שכיטעס. סאַכאַקל אין דרײ... אַ פּעטלי- 
ראָװעץ... מע האָט אים דערקאַנט אין רויטן פּליאם... 

אַף יאַן קאַלינא האָט מען אַ קוק געגעבּן מִיט אַ לאַנגלעכן 
קאַלטן בּליק, איבּערשטעלנדיק אין צעטל זיין נומער; מע האָט 
איבּערגעלאָזט אין קאַמער אַ רייעך פון פרישן קאַלטן דרויסן און 
מע איז אַװעקגעגאַנגען; מע האָט צוגענומען פון דער טיר דעם 
רויטאַרמײער -- דעם היטער, 


1200 


אין קאַמער האָט מען זיך דערװוסט : 

-- אַף זיין אָרט האָט מען אַװעקגעשטעלט צוויי נייע. 

עמעצער האָט אַ פרעג געגעבּן זייער נאַיִו! 

-- צוליבּ װאָס נייע ? 

קיינער האָט ניט געענטפֿערט, 

רעבּ אַרן האָט אָנגעהוֹבּן צו דאַװנען זייער שטיל, אָן א 
שאַבּעסדיקן ניגן. דענסטמאָל האָט מען אין קאַמער דערפילט, אַז 
דער פרימאָרגן ציט זיך שוין זייער לאַנג אוּן אַז אויסער. אַלע 
אַרעסטירטע, אויסער אַלע, װאָס בּאַדינען די קאַיצעליאַריע, אוי- 
סער פֿיליפּאָװן, איז שוין צוגעקומען נאָך ,עמעצער"--אַ פיל 
שטרענגערער און פיל מער האַרטערער פוּן אַלערלײ שטרענגע 
און האַרטע מענטשלעכע ,האַרן". ,ער" געפינט זיך שוין דאָ אין 
קאַמינאָדבּאַלקע, כאָטש מע זעט ,, אים" ניט און מע קאָן ,אים" זיך 
ניט פּאָרשטעלן. אין גרויס שרעק האָט מען פאַרגעסן, אַז מע איז 
דערשראָקן... 

און ווייל מע האָט נאָך אַלץ ניט געװוּסט, צו וועמען פון די, 
װאָס זיצן דאָ אין קאַמער, איז דער טויט געקומען, האָט זיך יע- 
דערן פון די אַרעסטירטע געדאַכט : ,צו מיר" און מיט אַ רעגע שפּע- 
טער האָט זיך דעמזעלבּן אַרעסטירטן געדאַכט: ,עפשער צו אים, 
אֵ?... אָט צו יענעם... געוויס צו יענעם", 

מע האָט דעריבּער אַזױ שטאַרק געקוקט איינער אַפן אַנדערן 
און מער וי אַף אַלע האָט מען געקוקט אַף יזי, ווייל ער, יוזי, 
קוקט צו קיינעם ניט -- ער זיצט, װי אַ האַלבּ-טױטער בּאַ דער 
טיר און רירט זיך ניט, 

דערנאָך האָט אין דער שטילקייט, װאָס הערשט אין קאַמער, 
פּלוצים אויסגעשאָסן אַ געװויין איינע פון די גאַסן-מיידלעך, װאָס 
זיַנען פריער געלעגן אַף דער פּאָדלאָגע צונעדעקט ביידע מיט 
איין אַלטער שאַל, 

געווען איז דאָס שוין אַרום צוויי אַזײיגער בּאַטאָג. און אַלע 
האָבּן זיך צו איר אַ לאָז געגעבּן מיט אַ געפיל, אַז דאָס איז זי, 
איבּער וועמען מע האָט נעכטן אינאָװונט געהאַט אין קאַנצעליאַ- 
ריע די זיצונג און דעריבּער װיינט זי. 

אַלעמען איז אַף א רעגע גרינגער געװאָרן און אַלע זיינען 
איר געװוען װי דאַנקבּאַר, װאָס זי וויינט, 


1211 


נאָר בּאַלד האָט זיך װוידער יעדערער דערמאָנט אָן זיך אַלײן, 
ווייל די מויד האָט געװיינט מיט אַ גאַנץ געװײנטלעכן שטילן 
געוויין, מיט וועלכן מע ויינט אָפט איבּער קלייניקייטן, 

מע איז פון איר איינציקװויין אנטוישט אָפּגעטראָטן צוריק 
אַף די פריעריקע פּלעצער, געבּליבּן אין דאָרט ניט יט נאָר 
דער בּאָכער, װאָס קלעפּט אַרום רעב אַרענען. 

שטייענדיק צו די מוידן מיט די פּלײצעס, האָט ער עמעצן 
דערציילט וועגן זי אַף יידיש און מיט האַלבּע װערטער קעדי 
זי זאָלן ניט פאַרשטיין, 

-- פאַר שפּיאָנאַזש... דער רױטאַרמײער האָט נעכטן געזאָגט, 
זי זיינען פּױלישע. און זיי זאָגן: ,מע האָט אונדז אַרעסטירט, 
ווייל: מיר זיינען שיקערערהייט אַרומגעגאַנגען אין גאַס... מיט 
נאַקעטע בּרוסטן", 

בּאַם בּאָכער האָבּן געפלאַמט די בּאַקן, נאָר לאַכן ניט געקאָנט. 

ער האָט אַ רײבּ געגעבּן די רעכטע בֹּאַק זייער מעשונע, װי 
ער װאָלט מיט די פינגער װעלן אויסקנייטשן אין איר אַ שמייכל. 

-- איר זאָלט אָנקוקן בּרוסטן, -- האָט ער געזאָגט, -- צעהאַקטע, 
בּאַזעצט מיט מאַקעס... פון דער עמעסער קרענק... 

און אין דערזעלבּער רעגע האָט ער שוין געקוקט אַזױ, גלייך 
ניט ער האָט עס געזאָגט. ער האָט דערצילט ועגן זיך, ועגן 
זיין אַרעסט און װעגן רעב אַרענען, בּאַ װעמען ער האָט 
געדינט : 

-- איך ? -- האָט ער זיך געװוּנדערט, -- װאָס האָבּ איך מוירע? 
איך האָבּ בּאַ אים געדינט... איז װאָס אַז איך האָבּ בּאַ אים 
געדינט? 

נאָענט צום אױסגאַנג פון צימער האָט אָנגעהױבּן זיך אַרומ- 
צושאַרן דער גרייז-גרויער ייד, װעלכן מע רופט רעב אַרן-- 
זיך אַרומשאַרן און װאַרטן טאָמער װעט זיך דאָרט בּאַװייזן דער 
רױטאַרמײער, װאָס האָט פריער געהיט די טיר, זיין גראָבּלעכע 
נאָז האָט דערמאָנט אין טאָלסטאָיען, זי איז געװוען בּלאַס, נאָר 
זיין האַלדזדאון-נאַקן איז געווען רוט -- אַ פעסטער האַלדזדאון-נאַקן 
פון אַן עלטערן קרעפטיקן ייָדן. 

ער האָט זיך צוגעזעצט ניט ייט פון דער טיר לעבּן יוין 
און האָט זיך פאַרטראַכט : 


12 


-- פיליפּאָוו,--האָט ער אָפּגעזיפצט,--נו, יאָ. זאָל זיין פיליפּאָװו, 
טטטא! אַז פאַר מיר איז ער נאָר ניט מער, וי אַ שאָליעך. 
ער האָט זיך אָנגעשפּאַרט מיט בּיידע הענט אין די קניען. 

-- פאַראַן אַ מישנע,--האָט ער געזאָגט, -- היה רחוק מבּית 
הסקילה ארבּע אמות -- אַז ער איז געװען ייט פון אָרט, װוּ 
מע פאַרשטיינט אים, פיר טריט, מפשיטין אותו את בּגדיו-- ציט 
מען פון אים אַראָפּ די קליידער. אַזױ שטייט... טיפּשים, װאָס 
איר זייט! װאָס װוּנדערט אייך --- פּונקט װי עס שטייט... 

ער האָט פּאַמעלעך מיט איין האַנט אויסגענלייכט די בּאָרד 
און האָט אַ קוק געגעבּן אַף יוזין, 

-- אין דער געמאָרע ,סנהדרין",--האָט ער געזאָגט,--אין פּע- 
רעק ,נגמר הדין" שטייט עס. װאָס-זשע ? יונגערמאַן.. 

ער האָט זיך נאָך מער איינגעקוקט אין יוזין; 

-- ניט געלערנט ?...--האָט ער געפרעגט, -- גאָר קיינמאָל ניט 
געלערנט? 

בּאַ יוזין האָבּן פּאמעלעך זיך צוּגעשלאָסן די אויגן, 

אין קאַמער האָט אָנגעהױבּן װערן טונקל. 

ס'איז געווען פאַרנאַכט, ווען מע האָט נאָר-װאָס איבּעראַנײס 
געהאַט אָנגעצונדן דעם רויכערדיקן לאָמפּ, 

אין קאַמער איז אײליק אַרײנגעלאָפן דער נעכטיקער היטער, 
דער רױטאַרמײער. ער איז אַריין מיט אַ צעהיצט רוט פּאָנים און 
מיט נאָך מער צעהיצטע פליענדיק-פּלוידערדיקע אױיגן אוֹן האָט, 
וי אַ בּאַשעפטיקטער װאָרטסמאַן אַרױסגעשלעפּט פון בּוזים די 
צוגעזאָגטע ווייסע כאַלע, 

ער האָט געאָטעמט שווערלעך, בּאַגלייך ער האָט אַ גאַנצן טאָג 
גאָרניט ניט געטוּן אויסער דעם, װאָס ער האָט נאָך אָט דער 
קליינער כאַלע אַרומגעיאָגט. 

-- קום אַהער! -- האָט ער מיט אַ געשוינדן װוּנק אָפּגערופן 
דעם בּאָכער אָן אַ זייט,-- געווען שווער. בּאַ זעקס װיאָרסט צופוס 
געלאָפן. דאַפּקע אַן אייעריקע דאָרט אין דאָרף. --אַ ייִדישקע.. 
,;איך האָבּ ניט קיין כאַלע"-- האָט זי געזאָגט (ער האָט שעלמיש 
צוגעשלאָסן איין אייגל). און איך האָבּ איר געזאָגט : ,פאַר אַן איי- 
עריקן, האָבּ איך צו איר געואָגט. פאַר אַ רעפוע".. 


123 


און ער איז אַװעק געשוינד, ניט אומקוקנדיק צום בּאָכער, 
װאָס גייט אים נאָך צו דער טיר און מאָנט בּאַ אים עפּעס. 

-- לאָז אים,.. לאָז אים... -- האָט אָפּגערופן דעם בַּאָכֶער רעבּ 
אַרן, 

ער האָט װי מיט בּלינדע אױגן אַ נעם געגעבּן אין די הענט 
אַרײן די קליינע בּלאסע בּולקע. זײַנע איגן האָבּן געגעבּן אַף 
איר אַ בּלאָנדזע. 

די קליינע שאַבּעסדיקע כאַלע, האָט זיך געדאַכט, טראָגט אִין 
זיך אַ סאָד, װי די לעצטע רעפוע, װאָס מע בְּרענגט צו אַ גע- 
פערלעכן קראַנקן -- בּלױיז זי -- די רעפוע אַלײין -- װייסט צי זי ועט 
העלפן, צי ניין, 

רעבּ אַרן האָט זי געהאַלטן לעפּיש מיט אומגעלומפּערט-צע- 
שטעלטע פינגער. 

-- איך האָבּ מיר געמאַכט אַ סימען, -- האָט ער, קוקנדיק אַף 
דער כאַלע, קאַלט אַ זאָג געגעבּן, - אַז מע װעט בּרענְגֶען צו 
דער צייט די כאַלע, װעט גיין גוט... איז מיילע... עפשעֶר... נאָך 
געבּליבּן די פערטע סודע : מעלאַװע-מאַלקע... אִיךְ בֶּעט אַלע יידן 
צום טיש. 

און די װערטער: ,אַלע יידן', ,איך בּעט" האָבּן אַ קלונג 
געגעבּן פאַרשטאַרט, פאַראַקשנט-קאַלט און אומאַנגענעמען, וי 
די װוערטער, מיט װעלכע מע װענדעט זיך צו אַ מֶעס, װי די 
ווערטער, מיט וועלכע מע בּעט מעכילע. 

אין װינקל האָט זיך אין גרויס שרעק אַכְאַפּ געגעבּן דער 
דרעמלדיקער גאַלעך און האָט אַ בּאַרויקטער דערזעען, עס איז 
גאָרנישט... מע רוקט נאָר אָפּ דאָס טישל, אַף וועלכן ער האָט 
זיך די גאַנצע צייט געשפּאַרט מיט אַן עלנבּויגן. ער האָט זיך 
שטיל איבּערגעציילעמט. 

דער אָװנט איז מיטאַמאָל געװאָרן טונקעלער. אין קאָרידאָר 
פון קעגניבּער דער טיר האָבּן אָנגעהױבּן זיך צו הערן אָפטע 
בּאַשעפטיקטע טריט -- טריט פון אַהין גיין, טריט פון צוריק גלין, 
טריט, װאָס טאָרן ניט פאַרשפּעטיקן. 

--- אָדאָדאָך ! גאָספּאָדי!-- האָט מיט אַ שווערן זיפץ אַרױסגע- 
פּאָמפעט פון זיך די לופט איינע פון די אַנשװיגן געװאָרענע 
מיידלעך, 


124 


-- אַ מענטש קאָן זיך ניט אַ קלאַפּ טון אין אַ פינגער אונטן, 
סיידן מע איז גויזער אַף אים אױיבּן, אַװי שטייט, -- האָט אַראָפּ- 
שלינגענדיק דעם ערשטן בּיסן כאַלע געזאָגט בֹּאַם טישל רעב 
אַרן, -- ,ארבּע מיתות בּית-דין. סקילה, שרפה, הרג וחנק".. און 
רעבּ שימען זאָגט: ,שרפה, סקילה, חנק והרג". וייל ,הרג" איז 
דער גרינגסטער טויט. און ,זיי" דאָ זיינען מער ניט װי שליכים, 
איך האָבּ קיין טײַנעס ניט. מיסטאמע האָבּ איך פאַרדינט, 

-- װאָס וויינט איר ?-- האָט ער קאַלט אַ קוק געגעבּן צום 
כליפּענדיקן זיינערמאַכער, -- אויבּ איר האָט מוירע, טאָ זייט זיך 
מיסװאַדע. זאָגט: ,תּהי מיתתי כפּרה על כל ענותי-- זאָל מיין 
טויט זיין אַ קאַפּאָרע אַף אַלע מיינע זינד". װאָרעם אַזױ געפינען 
מיר בֹּאַ אָכאָנען, װאָס יעהוישוע האָט אים געזאָגט: ,מיין זון, 
גיבּ קאָװעד צום יידישן גאָט און זיי זיך מוידע". האָט אַכאָן גע- 
ענטפערט צו יעהוישוען: ,עמעס, איך האָבּ געזינדיקט". און פונ- 
װאַנען װוייסן מיר, אַז מע האָט אים מויכל געװען? װאָרעם עס 
שטייט: ;האַט יעהוישוע געזאָגט: װאָרום האָסטו אונדז בֹּאַ- 
טריבּט? זֹאָל דיך גאָט בּאַטריבּן היינטיקן טאָג--נאָר היינטיקן 
טאָג בּיסטו בּאַטריבּט, אָבּער דו בּיסט ניט בּאַטריבּט אין או- 
לעמאַבּע"... ו 

אין קאַמער איז מען נאָך דעם געזעסן שטיל, זיך איינגעהערט 
צום קאָרידאָר און געװאַרט. רעב אַרן איז, אַפּאָניִם, געווען זיכער, 
אַז מיינען ,מיינט" איצט בּלוין אים, --אים איינעם אַלײן. ער 
האָט זיך אַלע וויילע געװאַשן די הענט פונעם טשײַניק. ער האָט 
פּלוצים אַ זאָג געגעבּן צו זיך אַלײן מיט אַזאַ געזיכט, װי ער 
װאָלט זיך װעלן דערמאָנען: 

-- וויפל געדויערט עס דען?.. אַ מינוט צען.. 

נאָר אַרום צען אַזײגער אינאָװנט, װען מע איז אַריינגעקומען 
אין קאַמער און מ'האָט פון אַלע אַרומיקע נעמען אויסגערופן די 
נעמען פון די צוויי מיידלעך, איז ער מיטאַמאָל געװאָרן זיכער, 
אַז אים מיינט מען געװיס ניט; אים מיט די גאַסן-מײדלעך-- 
דאָס קאָן ניט זיין. | 

ווען מע האָט בּאַלד נאָך די מיידלעכס נעמען אויסגערופן זיין 
נאָמען, איז ער דעריבּער געבּליבּן שטיין מיט אַ בּלאַס פּאָנים און 
האָט אַ וויילע װי ניט געגלױבּט. 


125 


ער האָט ניט געפילט, װי אַלע אין קאַמער גייט מען צו אים 
צו זיך געזעגענען. ער האָט פּלוצים דערזען דעם בּאָכערס פאַר- 
קרימטן ויינענדיקן פּאָנים, און פּלוצים האָט ער אין אָט דעם 
וויינענדיקן בּאָכערס פּאָנִים דערפילט, אַז דאָס מיינט מען אים, 
אַרענען לעמבּערגער. 

-- נו, זיי געזונט,--האָט ער צום בּאָכער געזאָגט, -- אין קאַנ- 
צעליאַריע האָבּ איך, דאַכט זיך, אַנגעגעבּן דעם עמעס, דו בּיסט 
מער ניט געװוען װי אַן אָנגעשטעלטער, קיין פּראָצענטן האָסטו 
בּאַ מיר ניט געהאַט. וויין ניט. בּעט גאָט, זייט געזונט אַלע. 

און ערשט נאָכדעם, װי מע האָט זיך אין קאַמער לאַנג איינ- 
געהערט און לאַנג געזעסן שטיל, האָט מען זיך אין קאַמער דער- 
מאָנט, אַן אין דער לעצטער מינוט, איידער מע האָט אַרן לעמ- 
בּערגער אַרויסגעפירט פון קאַמער, האָט ער זיך אומגעקערט פון 
טיר און דורך דעם בּאָכער עפּעס צו זיך אַהיים איבּערגעגעבּן 

דער בּאָכער האָט נאָך אַלץ געהאַט אַ פאַרטױבּט פּאָנים און 
האָט זיך וי פאַרענטפערט, 

-- מענטשן װאָס איר זענט... גאָרנישט... עפעס איבּערגע- 
געבּן אַהײם... אַזױ זיך... װאָס פאַרשטײיט איר דאָ ניט ?.. די פּאָר 
קערבּלעך... פונעם לעדער... די אָפּגעלײזטע... האַלעװײַ װאָלט איך 
עס פאַרמאָגט... אין װאַליטע, פאַרשטייט מען... נו ?.. װאָס נו?, 
האָט ער איבּערגעגעבּן אַהײם, װוּ ער האָט זיי בּאַהאַלטן. 


/| 
ץ 


זןג 


פון שלאָף האָט געוועקט עפּעס אַזױנס, װאָס האָט קיין נאָמען 
ניט -- געריסן שטיקער פונעם קערפּער און פונעם מויעך. 

עס איז געווען אינמיטן נאַכט, 

יוזי האָט זיך אופגעכאַפּט, זיך דערפילט פיל לעבּעדיקער, פיל 
ערגער, פיל פּאָשעטער, וייל פּאַשעט -- 

הונגער איז דאָס געװוען, װאָס האָט אין שלאָף געריסן שטי- 
קער פונעם קערפּער און פונעם מויעך. 

עס האָט אויסגעניכטערט פון נעכטיקער שרעק. 

די אויגן האָבּן, װי בּאַרוּיִקטע, דערזעען: 

אַפן טישל אינמיטן קאַמער ליגט שוין מער ניט די איבּערגע- 
לאָזטע ווייסע כאַלע -- אַפּאָנים, עמעצער פון די אַרעסטירטע האָט 
מיטאַמאָל פאַרגעסן אָן אַלע טוירעס, װאָס רעב אַרן האָט פאַרן 
טוט אַף דער כאַלע געדאַרשנט, און האָט זי אופגעגעסן, וען 
קיינער האָט ניט געזען -- פּאשעט ווייל ער איז געווען הונגעריק, 
פּאָשעט ווייל די ווייסע כאַלע איז געווען געשמאַק... 
מע האָט ניט געװוּסט, װער האָט עס געטון, דעריבּער האָט 
זיך געדאַכט : 

די כאַלע האָבּן אופגעגעסן אַלע. 

די פּוסטקײיט אין יוזין האָט עס אַ פיל געגעבּן מיט כױזעק 
בּאַלד, װי ער האָט זיך אופגעכאַפּט און דערזעען, אַז רעבּ אַרן מיט 
די צוויי מיידלעך זיינען שוין ניטאָ, דענסטמאָל ווען ער מיט אַלע 
אין קאַמער זיינען נאָר אָפּגעשלאָפן צוויי-- דריי שאָ און האָבּן 
אופגעגעסן די געבּליבּענע ווייסע כאַלע... 

אַרום אים האָבּן אַלע שלאָפנדיקע אָנגעפילט די לופט מיט 
דער אייגענער פייפעריי און שנאָרכעריי, װאָס נעבטן... 


127 


ליידיק זיינען בּלויז געווען די ערטער פון די צוויי מיידלעך 
און פון רעבּ אַרענען. אַף רעב אַרנס אָרט לעבּן דער הייסער 
הרובּע איז איצט, צוגעטוליעט צום בּאָכער, געשמאַק געשלאָפן 
דער זייגערמאַכער און האָט מיט קיין זאַך ניט געקאָנט אַזױ 
שטאַרק דערמאָנען אָנעם כשאַד, װאָס די אַרעסטירטע האָבּן אַף 
אים, װי מיט דעם, װאָס ער ליגט צו איינעם פון זיי שטאַרק צו- 
געטוליעט און בּאַשװײסט אים אין שלאָף מיט זיין שווייס, 

שטאַרקער װי אַלץ האָט זיך איצט געדענקט, וי אַזױ דער 
זייגערמאַכער האָט נעכטן געװייגט, וי אַזוױ רעבּ אַרן האָט אים 
געטרייסט, װי אַזױ ער האָט פאַרן טויט אָפּגערופן דעם בּאָכער 
און איבּערגעגעבּן זיין װײיבּ, װוּ עס ליגן אױסבּאַהאַלטן אינדער- 
היים ,די עטלעכע רובּל": 

-- די ,עטלעכע רובּל" פון דער ספּעקוליאַציע... 

אינמיטן דער נאַכט האָט זיך געדאַכט, אַו דאָס אַלץ האָט 
עפּעס אַ שײַכעס אויך צו אים, יוזין, און אַז עס איז זייער 
וויכטיק ; 

-- װאָס אין עס אַזױנס -- פאַרמעג-גיריקייט, װאָס שיקט 
מענטשן אַף טוט דורך אַלע שיינע טוירעס און פיינסטע דראָשעס? 

עס האָט זיך געדענקט, װי אַזױ די אַרעסטירטע האָבּן דאָ 
נעכטן אינאָװנט צװישן זיך גערעדט, װי אַזױ מע האָט דאָ דער- 
ציילט וועגן איינעם, װאָס איז געשטאָרבּן אַזױ װי רעב אַרן און 
האָט פאַרן טויט אַרויסגענומען פון מויל אַ קאַוּטשוּקאָװע גומען 
מיט גאָלדענע ציין און האָט זי איבערגעשיקט זיין ווייבּ -- פינף 
גאָלדענע ציין... 

יוזי האָט מער ניט געקאָנט אַנשלאָפן װערן, און דאָס איז גע- 
ווען דאָס ערגסטע -- ערגער וי אַלץ איז געװען, װאָס אין דער 
פּוסטקײט, װאָס ער טראָגט אין זיך, האָט זיך ערגעץ אין אַ 
ווינקל בּאַזעצט אַ קלאָרער געדאַנק. ער האָט זיך קאַם דערװאַרט 
בּיז טאָג-ליכט. דער צעיאָצטער רױטאַרמײער --יענער זעלבּער, 
װאָס האָט נעכטן געבּראַכט רעב אַרענען די כאַלע-- האָט גערופן 
אַרעסטירטע פון קאַמער, זי זאָלן גיין טראָגן האָלץ. יוזי האָט 
זיך אָפּגערופן דער ערשטער - ער האָט עס געטון אָן שוּם אונ- 
טערטעניקײַט: ער איז געגאַנגען דערװײיזן זיין אינעװוײיניקסטער 
פּוסטקײט, אַז ער קער זיך ניט אָן מיט רעב אַרנס איבּערגעלאָזטע . 


128 


,עטלעכע קערבּלעך" -- דערווייזן כאָטש מיט װאָס ניט איז, זאָל 
זיין כאָטש מיט דעם, װאָס ער העלפט דאָ פּיליפּאָװוס קאַלטן איי- 
זערנעם יישער טראָגן האָלץ.. אים האָט דערבּיי פאַרדראָסן, 
- װאָס די איבּעריקע אַרעסטירטע פוילן זיך און טראָגן די שייטער 
- האָלץ, װי מיט גװאַלד, 

אים איז וי ניט אָנגעגאַנגען דאָס, װאָס אַלע אַרום אים ווייסן שוין : 

דער אורטייל איז אויסגעפירט געװאָרן אַרום צוויי בּאַנאַכט; 
פיליפּאָוו איז דאָרט געשטאַנען בּאַ דער זייט, אין עק היף. בּאַם 
פּאַרקן האָט דענסטמאָל עמעצער גערויכערט אַ פּאַפּיראָס; אַרױס- 
געזען האָט מען פון דאָרט נאָר די רויטע קויל... 

גערעדט האָט מען וועגן דעם אין דרויסן און אין קאַמער -- 
אָפּגעריסן, זייער שטיל, איטלעכער -- מיט זיין אייגענער בּאַזונדע-. 
רער שרעק פאַר זיין מאָרגן, נאָר געלאַסן, אָן טײַנעס, װי װעגן 
אַ שטורעם, װאָס האָט זיך דורכגעטראָגן מיט דונערן און מיט 
בּליצן, 

און מער וי אַלץ איז מען געווען פאַרטון אין דער רויטער 
קויל פונעם אומבּאַקאַנטנס פּאַפּיראָס אין עק הױף לעבּן פּאַרק 
װי גלייך די קויל װאָלט מיט זיך פאַרבּיטן דעם רעגנבּויגן, װאָס 
נאָך אַ געוויטער -- דעם רעגנבּויגן, װאָס פאַרזיכערט, אַז אין די 
נאָענטע טעג װעט שוין מער קיין געװויטער ניט זיין.. 

האָט יוזי אַפן שפּאַציר געהאַלטן אין איין אָפּרוקן זיך פון 
יענע, װאָס רעדן צווישן זיך סוידעס, 

זיין צושטאַנד ; 

געדריקט, אַסאַך מער נידערשלאָגן און עפּעס וי אין קאעס 
אַף אַלע אַרומיקע -- איטלעכער פון זיי וויל בּלויז זיך אַרױסכאַפּן 
פון דאַנען, פּאָטער װערן ; איטלעכער, אַז ער װעט זיך פונדאַנען 
אַרױסכאַפּן, װעט אים מער ניט אָנגיין דער גוירל פון יענע, װאָס 
זיינען דאָ געבּליבּן און פון אַלע, װאָס װעלן נאָך זי אַהער גע- 
בּראַכט װערן -- איטלעכער װעט זיך אומקערן צו זין שמוגל 
אָדער ער װעט מוירע האָבּן פאַר שמוגל. און װידער װעט דאָ 
ניט זיין װער עס זאָל װעגן דעם אַלעם א טראַכט געבּן, סיידן 
פיליפּאָוו מיט זיין קאַלטן אייזערנעם יוישער, סיידן איגומענקא 
דער מאַטראָס, װאָס האָט הײַנט, היטנדיק די קאַמער, געגעבּן דעם 
וויינענדיקן זייגערמאַכער אַ שטיק בּרויט און אים געטרייסט : 


129 


. 


-- דאַ ניע פּלאַטש, נו, פּליון... נו, זאַסטרעליאַט... נו, פּליון. 

איצט האָט שוין מער ניט געהאָלפן צו האַלטן זיך אין אַ זייט. 
אַרום אים האָט זיך די גאַנצע צייט געדרייט דער בּאָכער, װאָס 
האָט געדינט בּאַ רעב אַרענען און האָט אַלע מאָל בּאַנײס גע- 
פרעגט בּאַ אים אייצעס, װאָס צו טון אין פאַל, אויבּ מע װעט אים, 
דעם בּאָכער, דאָ לענגער פאַרהאַלטן-- וי אַזױ זאָל ער דענסטמאָל 
איבּערגעבּן צו רעבּ אַרענען אַהים װעגן די אױסגעבּאַהאַלטענע 
עטלעכע קערבּלעך. 

-- איר פאַרשטייט צי ניין ?-- עפשער שיקט מען מיך גאָר פון 
דאַנען ערגעץ אַװעק? 

יוזי האָט שלעכט געהערט, געװאָלט דער בּאָכער זאָל אים 
לאָזן צוֹרוּ און האָט געדענקט פינף גאָלדענע ציין -- זיי האָבּן גע- 
שטעקט אין פאַרשיידענע עקן פון אַ רויטן קאַוּטשוקאָװן גוּמען 
זי האָבּן זיך אויסגעמישט מיט רעב אַרנס אױסגעבּאַהאַלטענע 
עטלעכע קערבּלעך און האָבּן אף אייבּיק פאַרשװאַכט און װאָכע- 
דיק געמאַכט אַלע שיינע טוירעס, װאָס מע זאָגט פאַרן טוט אַף 
שאַבּעסדיקע כאַלעס. 

ס'איז געווען אַרום צוויי אַזײיגער בּאַטאָג, 

צוליבּ זונטיק זיינען בּיידע הויפן פול געווען מיט װײיבּער און 
מיט קרויווים פון אַרעסטירטע, װי אַ בּעסוילעם אין אַ טאָג פון 
קייווער-אָװעס--פול מיט װייבּער און קרויווים פון מייסים, 

דעם ווינטערדיקן דרויסן איז פון גאַנצפרי אָן אױיסגעגאַנגען 
פראָסט. 

די אַרומיקע שניי-קויטיקייט האָט זיך שוין געפילט אונטערן 
האַרצן, אין דער נעשאָמע, און בֹּאַם שװאַרץ-רױכיקן הימל האָט 
מען נאָך אַלץ ניט געקאָנט וויסן--צי ער װעט געבּן שניי אָדער רעגן, 

אין גריבּלדיקע נאַסקײטן, װאָס אין בּיידע הויפן, האָבּן מיט 
פאַרדראָס אַף זיך אַלײן געגוואדזעט שטיוול. 

איבּערן פּלױט אַרום שפּאַציר-פּלאַץ האָבּן פאַרשלאָפענע אַרע- 
סטירטע אַריבּערגערעדט מיט זייערע קרויווים; אַ קאָפּ מיט אויגן, 
וי פון יענער ועלט, האָט זיך דערפרעגט, װאָס טוט זיך בּאַ אים 
אינדערהיים ; 

-- מונעלע גייט אין כיידער?... א?.. ער גייט? 

עמעצער האָט זיך פאַרהוּסט. 


130 


-- אין קאַנצעליאַריע... א?.. װער זיצט? 

-- דריי אירע. 

--, ער" אליין -- אויך ? 

(,ער"--איז געווען פיליפּאָוו) 

פון אַ צווייטן ווינקל האָט מען זיך דערוּף אָפּגערופן: 

-- אויבּ ,ער" אליין איז שלעכט -- מע קאָן דען צוטרעטן?.., 

-- הערסט ? דאָס זאָגעכדעך... זײַ אַ בּעריע -- טרייט צו... 

דענסטמאָל האָבּן די פרי-בּאַלױכטענע פענצטער פון דער קאַנ- 
צעליאַריע פּלוצים אַ קוּק געגעבּן זייער בּייז מיט זייערע ליכטיק- 
ווערנדיקע פייערן -- אַ פּאָר פון די ניי-אַרעסטירטע האָט מען אַהין 
א רוף געגעבּן זייער געשווינד, װי אַף איידעס צו זאָגן. נאָר אין 
לעצטן טונקעלן קאָרידאָר, װאָס פאַר דער קאַנצעליאַריע, האָט מען 
זיי פאַרהאַלטן, כאַװערטע סאַשאַ איז דאָרט געשווינד דורכגעלאָפן 
היַן און צוריק מיט פּאַפּירן אין די הענט. פון קאַנצעליאַריע האָבּן 
זיך דערהערט אופגערעגט-פּאַטשנדיקע רייד ועגן אַ ‏ שטעגעלע, 
דורך וועלכן מע שמוגלט נאָך אַלץ צו דער גרענעץ--די ענט- 
פערס פונעם אַגענט זוּבּאָק און פונעם סליעדאָװאַטעל אַנדרעיעװ 
ווערן דאָרט איבּערגעריסן דורך אַ קאָל, װאָס איז בּייז. װי א קלאַפּ 
אין טיש -- פיליפּאָווס קאָל. די דערשראָקענע פּענימער פון די פּאָר 
ארעסטירטע האָט מען נאָכדעם אַרומגערינגלט דאָ אַפן שפּאַציר- 
פּלאַץ. זיך געשטופּט אַרום זײי, איבּערגעגעבּן איינער דעם אַנדערן: 

-- װאָס האָט מען בּאַ דיר געפרעגט? | 

-- גאָרניט... זיי זאָגן : ,ער" האָט אין קאַנצעליאַריע געשריגן 
אַפן אַגענט און אַפן סליעדאָװאַטעל --,איר זייט ניט בּעסער פון 
די ארעסטירטע", 

-- הערסטעך : ,מע װאָלט שוֹין געמעגט אייך איינזעצן און 
די אַרעסטירטע מאַכן אַף אייך בּאַלעבּאָס". 

-- נו... נו... -- האָט ער אַף זי געשריגן!. 

-- און דער ייִדענע--דער מוטער פונעם רױטאַרמײער--האָט 
דאָך עמעצער געהאָלפן -- אָט יענער, װאָס װיינט, מיטן שאַל אַף 
די אַקסלען -- ?ער" האָט איר זון נאָר-װאָס אַרױסגעלאָזט. 

און מע האָט גענומען זיך שטופּן צום פּלױט, נעענטער צום 
רעדל, װאָס אַרום דער ויינענדיקער ייִדענע. 


בירקי 7 


131 


ס'איז געװען אַ בּאטאָג פון אַ גראָען דינסטיק אָדער גראָען 
מיטװאָן, 

פון איבּערן פּלוֹיט, װאָס אַרום דעם שפּאַציר-פּלאַץ, האָט יוּזי 
דערזעען פּינקע וויילן, װי ער גייט אַרום פראַנק און פריי איבּערן 
הויף אין זיינע גראָמע רױטאַרמײיַשע קליידער. נײַ אי אַף אים 
נאָר די גרויסע הויכע ,פּאַפּאַכאַ" און די שװאַרצע שטיול: ער 
טראָגט אַ זאָטל אין די הענט און שפּאַנט נאָך מיט איינעם אַן 
אָרטיקן בּאַבּיקסלטן רױטאַרמײער צו דער קאַנצעליאַריע-צו. ער 
שטעלט זיך אָפּ; לייגט אַװעק דעם זאָטל און נעמט דרייען דעם 
כאַװערישן ציגאַר מאַכאָרקע, װאָס דער אַנדערער רױטאַרמײער 
שטרעקט אים אויס. 

-- כאַװער ספּיװאַק!--טוט ער פריילעך אַהער געשריי, --טעלעך 
צוגיין צו אייך. װאָס מאַכט איר? כאַװער ספּיװאַקי.. 

איצט זעט זיך שוין, אַז אויך דער מיידלשער כיין אין ניי-- 
דער מיידלשער כיין, װאָס אַרום פּינקעס מויל און אַרום פּינקעס 
אויגן, 

-- כ'האָבּ זיך אָפּגעשױרן,--האָט ער אַראָפּנעמענדיק די פּאַפּאַכע 
געוויזן יוּזין בּאַם פּלױט,-- אַז מע האָט מיך נאָר אַרױסגעלאָזט-- 
נידעריק... אָ, איר זעט ?--צום קאָפּ. און מיין מאַמען האָבּ איך 
אָפּנעשיקט אַהים -- אוי, האָט זי פון מיר געהאַט... דאָס ערלעכע 
אויסקוּמעניש. זי האָט ניט געהאט אַף אַװעקצוּפאָרן, בּין אין געגאַן 
צו כאַװער פּיליפּאָוון און האָבּ געבּעטן בּאַ אים אַ פּאָר קערבּלעך. 
,נו, אָט,--האָט ער געזאָגט--כאַװער פיליפּאָוו -- נאָך געלט אויך-- 
גיי האָבּ צו טון מיט אייך". ,װאָס ווילסטו טון, -- האָט ער גע- 
פרעגט -- ווילסט צוריק אין דיין פּאָלק אָדער בּלייבּן דאָ?" האָבּ 
איך מיר אַ טראַכט געגעבּן : װאָס איימיר שלעכט? איכל בּליבּן 
דאָ. איכל דאָ האָבּן אַ פערד. איכל פאָרן מיט פּאַקעטן צוּם נייעם 
נאַטשאַלניק-מיליציע אין גאָליכאָװקע און צו אַלע װייטע פּאָסטנס, 
נו, און איר, כאַװער ספּיװאַק, װאָס קלערט איר טון? 

פינקע האָט עס אַ פרעג געגעבּן מיט אַזאַ ליבּלעכער װאַרעמ- 
קייט, װי גלייך זיי בּיידע--ער מיט יוזין--טוען דאָ איינע און די- 
זעלבּע כאַװערשע אַרבּעט; ער, פּינקע--מיט אַרנטלעכן אַרומפירן 
די פּאַקעטן צו די ווייטע פּאָסטנס, און יוזי--מיט אָרנטלעך זיצן. 
נאָר פּלוצים האָט ער עפּעס אַף ייס בּלאַסן פּאָנים בּאַמערקט. 


132 


אַרום זיין מויל און אַרום זייגע אויגן האָט אַ ציטער געטון דער 
מיידלשער כיין, 

-- שאַט,--האָט ער אומגעריכט אַ זאָג געטוּן.-- עפשער וילט 
איר אַן עפּל?.. א?.. כאַװער ספּיװאַק... סע דאָ, בּאַ אָט דעם כאַ- 
ווער מיינעם... אָט לויף איך אייך בּרענגען. 

פּלוצים האָט ער מיט בּרייטלעכער פריילעכקייט, װי אַ גאַנ- 
צער אָרטיקער ,קנאַקער" זיך פאַרצויגן מיט זיין מאַכאָרקע-ציגאַר 
און האָט בּרייטלעך אויסגעקיילעכט די בּרוסט. 

-- ווייסט איר װאָס? כאַװער ספּיװאַק... איך װעל עפשער 
גאָר אַ דעד טון וועגן אייך מיט ,אים" אַליין -- מיט פיליפּאָװן... 
ער איז צו מיר אַ גוטער, לאָמיך אַזױ לעבּן. טעט איר זע.. 
כ'האָבּ געהערט זאָגן: סע דאָ אין קאַנצעליאַריע אַסאַך פּאַפּירן און 
עס איז ניטאָ װער עס זאָל אַרבּעטן.. סע דאָ אין קאַנצעליאַריע 
אַסאַך אַרבּעט... 

ס'איז געווען אַ פאַרנאַכט אין סאָף פון יענער זעלבּער װאָך; 
און יוזין האָט מען דענסטמאָל צום ערשטן מאָל פּלוצים איינעם 
אַלײין אַ דוף געגעבּן צום פּאַרהער. 

אין קאַנצעליאַריע האָט ער דענסטמאָל צום ערשטן מאָל דער- 
זען לעבּן זיך זייער נאַענט פיליפּאָװון, און אין דער ערשטער מי- 
נוט ניט געגלױבּט, אַז ער זעט אים לעבּן זיך ווירקלעך--אַף אַזױ- 
פיל איז אָט דער ,נאַטשאַלניק פיליפּאָװ" ניט געװען ענלעך צו 
יענעם פּיליפּאָוון, וועלכער דאַרף זיך זאָרגן פאַרן גוירל פוּן אַלע 
װאָס קומען אַהער אַריין און פון אַלע װאָס װעלן נאָך אַהער גע- 
בּראַכט װערן.-- אַקעגן אים אין קאַנצעליאַריע איז געזעסן אַ גע- 
וויינלעך-װאַכעדיקער מענטש, מיט אַ געװיינלעך-װאַכעדיק אויס- 
זען און מיט געװויינלעך-װאָכעדיקע פעטלעך-שװאַרצע שטיוול-- 
שטיוול, װאָס פאַרשפּרײטן אַרום זיך דעם אייגענעם רייעך, װאָס 
אַלע אַנדערע געוויינלעכע פעט-געשמירטע שטיוול.., 

עס איז געווען בּא נאָר-װאָס אָנגעצונדענע לאָמפן. די פּאָד- 
לאָגע אין קאַנצעליאַריע--פריש געװאַשן; די נאָענטע טאָמיד אי- 
בּערגעפולטע קאָרידאַרלעך -- פול מיט סימאָנים פון געשװוינדער 
אויסגעליידיקטקייט. אַלץ אַרום--פריש מיט אַזאַ אויסזען, װי גלייך 
מע האָט זיך אומיסטן זייער פרי אָפּגעפאַרטיקט מיט דער טאָג- 
טעגלעכער אַרבּעט, קעדיי מיט פרישע קעפּ און מיט פרישע קוי- 


155 


כעס זיך נעמען צו אים --יוזין. אינעם ערשטן קאַנצעליאַריע- 
צימער איזן געװען פינצטער, אינעם צוייטן, העלבּאַלױכטע- 
נעם -- בּאַ צוויי צוזאַמענגעשטעלטע טישן זיינען געזעסן: פון 
איין זייט -- כאַװוערטע סאַשאַ, פון דער צווייטער--סליעדאָװאַטעל 
אַנדרעיעוו. זיי האָבּן געשטעלט יוּזין פראַגן, בּיידע--ניט זי- 
כער; בּיידע, האָט זיך געדאַכט, פילן זיך. דערצו ניט איבּעריק 
בּאַרופן, װײיל אַקעגן, ניט וט פונעם דריטן גאַנץ בּאַזונ- 
דערן טיש זיצט צו אלעמען מיטן רוקן פיליפּאָװ; זיין קאָפּ 
מיטן בּאַנדאַזשירטן נאַקן -- נאָכגעהאַנגען, װי אין שלאָף, זיינע 
הענט שפּאַרן זיך פעסט אָן די קניען און אינגאַנצן זעט ער 
אויס, װי אַ זייטיקער, װאָס איז דאָ אין קאַנצעליאַריע אַזױ שפּעט 
פאַרבּליבּן נאָר דערפאַר, װאָס אים איז לאַנגװײליק און װאָס ער 
איז אַן איבּעריקער--אין ערגעץ, אין ערגעץ אַף דער װעלט האָט 
ער איצט ניט װאָס צו טון. 


זש סחז הדידש זהשיה = 


דער איקער פראַגע איז געװען: צוליבּ װעמען האָט עס ייּזי 
געטון ?-- צוליבּ וועמען האָט ער מיט די עט-עראָווסקע דאָקומענטן 
געגאַנװעט די גרענעץ ? וועמען האָט ער מיט דעם געװאָלט דינען? 

יוזי האָט ענדלעך געענטפערט : 

-- דינען די אינטערעסן פון די אַרבּעטער. 

כאַװערטע סאַשאַ האָט דאַן בּאַקומען פאַרדר!'ס אין קאָל; 

-- ?4ע3ײ8260ק צחא2ת ו 

און מיטאַמאָל זיינען אַלע געבּליבּן שטיל. בּאַם צווייטן טיש 
האָט זיך פּלוצים אַ ריר געגעבּן פיליפּאָו. ער איו נאָך אַלץ גע- 
זעסן אַהער מיטן רוקן און האָט צו יוּזין ניט געװאָלט קוּקן, װי 
צו עפּעס אַ מיעסער זאַך. פּלוצים האָט ער א פרעג געגעבן בּייז, 
וי פון דרעמל אַרױס; 

-- ?427ע84003ט -- 8107 זמך 2 

און מיט דעם האָט זיך אייגנטלעך דער ערשטער פאַרהער גע- 
ענדיקט. יוּזי איז דענסטמאָל צעטומלט געװאָרן פון פּיליפּאָװוס 
שטימע אַליין. די װערטער האָט ער אין צעטומלטקייט וי פאַר- 
הערט. דאָך איז בּאַ אים נאָכדעם פאַרבּליבּן אַ געפיל, אַז עמעצן, 
אָדער עפשער זיך אַליין איז ער אַף עפּעס שולדיק אַן ענטפער. 


1324 


זיצנדיק אַף זיין פריערדיקן פּלאַץ צװישן די אַרעסטירטע אין 
קאַמער און זוכנדיק בּאַ זיך אין זיקאָרן, אַף װאָס איז ער אָט 
דעם ענטפער שולדיק, האָט ער פּלוצים אַ זוך געגעבן צו טיף אין 
זיינע פריעריקע פאַרגאַנגענע יאָרן, זיך דערמאָנט אָנעם זיידענעם 
קאָל פון זיין יונג-געשטאָרבּענעם פאָטער, װאָס פלעגט לײיענען 
אין דער טוירע, אָן די לאַשנקױדעשדיקע פּסוּקִים פון זיין מוטער 
און אָן זיין זיידנס ניט דערלאָדן לאָדעניש מִיט אַ פּאָרעץ--געווען 
איז דער זיידע גראָװו און גרויס און קרעפטיק און נאָך מער, װי 
גראָוו און גרויס, איז ער געווען פרוּם און פלעגט אום יאָמקיפּער 
און אין בּיידע טעג ראָשעשאָנע טראָגן פון גאַנצפראָן אַ לאַנגן 
ווייסן קיטל אונטערן טאַלעס און דאַװנען אין שול מיט גרויס 
היץ שאַכריס פאַרן אָמעד. איינמאָל, בּעייס יוזי איז נאָך געוען אַ 
קליינינקער, האָט דער זיידע אין שול אַ געשריי געטון פאַרן אָמער 
דעם גרויסן ,האַמעלעך* פונעם מאַכזער --אַ געשריי געטון מיט 
אַזאַ ציטערניש און מיט אַזאַ קאָל, אַז אין דרויסן, װוּ ער, יוי, 
האָט זיך געשפּילט מיט קינדער, האָט מולי -- זיין קלענערער בּרו- 
דערל--זיך דערשראָקן און איז אין שרעק אַראָפּנעפאַלן פון די שול- 
טרעפּלעך... 

דאָס אַלץ האָט יוזי זיך איצט דערמאנט אַזױ קלאָר, אַז אין 
זיינע אויגן האָט מאַמעש װי אַ בּלאַנק געטון אַ בּרעג פון יענעם 
ווייסן יאָנטעװריקן טישטעך, אין דער נאָו האָט פאַרשמעקט מיט 
אַ שטיק קאַװן פון יענעם ווייטן ראָשעשאָנעדיקן פרימאָרגן און 
אין דערזעלבּער צייט האָט ער אַ זוך געגעבּן די פראַגע, אַף וועל- 
כער ער האָט צו געבּן אַן ענטפער, און האָט זיך דערמאנט אָן 
פיליפּאָווֹס דרעמלדיקן רוקן דאָרט אין קאַנצעליאַריע--אָן זיין בּיי- 
זער שטימע : 

-- 286032447--?1010 1מעי ג/ 

ער איז בּאַניײיס פון דער פראַגע פאַרטומלט געװאָרן : 

אים און זיין גלייכן איו אָט די פראַגע פיל מאָל געשטעלט 
געװאָרן. 

נאָר ער און זיין גלייכן האָבּן אָט די פּראַגע פאַרשויגן, װויגדי 
פראַגע, װאָס אַ קינד טוט אַמאָל אַ שטעל: ,צוליבּ װאָס לעבּט מען?", 

מע רעדט דאַן בּעסער וועגן אַנדערע זאַכן -- מער פריילעכע, 
,װוייניקער פּרימיטיווע", 


135 


אַ פאַקט איז: אַנדערע גיבּן זיך איבּער דער אַרבּעטער-בּאַ- 
וועגונג אַף לעבּן און אַף טוט, זיי מעגן אַפילע האָבּן אונטער 
זיך אַזעלכע ,,ראָשעשאַנעס", װי ער, יוזי, 

אַנדערע בּלייבּן צו איר פּאַסיוו -- זיי מעגן אַפילע זיין אַרבּע- 
טער -- דער בּאַװועגונג איז עס אַלץ איינס. 

נאָר מעגלעך... פונדעסטוועגן... 

די בּאַװעגונג װאָלט עפשער געהאַט גאָר אַן אַנדער פּאָנים, 
ווען זי זאָל פון טאָמיד אָן געװוען אָנגעפירט דורך אַזעלכע, װי 
פיליפּאָוו -- אַן אַרבּעטער פון די שאַכטעס. 

מעגקעך, אַז פיליפּאָוו איז איר עמעסער פּאָנים, 

אַ בּאַװעגונג, װאָס װעט אָדער אָן שום פּשאָרעס אַרױסשיסן 
פון אים, יוזין, אַלע זיינע , זיידע מאָסיס", אָדער זי װעט פּאָשעט 
אָן שום פּשאָרעס שיסן אים, יוּזין, אַלײן, 

מאָדנע: 

אים, יוזין, װעט דאַן צעשיסן דיזעלבּע אַרבּעטער-בּאַװעגונג, 
פאַר וועלכער ער איז פון זעכצן יאָר אָן געװוען גרייט אָפּצוגעבּן 
זיין לעבּן... 

אים האָט מען פון דענסטמאָל אָן אָנגעהױבּן רופן אין קאַנ- 
צעליאַריע אַרײַן צום פאַרהער זייער אָפט, קימאַט אַלע טאָג און 
וי צום ערשטן מאָל טכילעס אָװנט. אַרום און אַרום -- פריש אויס- 
געלופטערטע קילע צימערן, נאַסע, אַף גיך אױסגעװאַשענע פּאָד- 
לאָגעס, פריש אָנגעצונדענע לאָמפּן אַף די צוגעקליבּענע טישן, 

געדאַכט האָט זיך אַלץ; 

צוליבּ אים װערט מען גיך פאַרטיק מיט אַנדערע אַרעסטירטע; 
מע וויל מיט פרישע אויערן הערן, װי ער ענטפערט אַף די פֿראַגן: 

-- וי לאַנג זייט איר אַן ,עס-ער"? 

-- װוּ זייט איר געווען אין אָקטיאַבּער 1917? 

איז אײינמאָל געווען אַזאַ אָװנט, 

קאַלט און האַלבּ-שטום איז ער וי טאָמיד געשטאַנען אין דער 
פריש-אויסגעקילטער בּאַלוױכטענער קאַנצעליאַריע אַקעגן דעם 
סליעדאָװאַטעל אַנדרעיעװו, און פון פיליפּאָװס וייטלעכן צימער 
איז דענסטמאָל אין איר ווייסן כאַלאַט אָנגעלאָפן כאַװוערטע סאַשא, 

איר אָנלױף: 

זייער אַ געשווינדער, 


126 


זייער אַן אופגערעגטער. 

זייער אַ. צופרידענער, וי בּאַ אַן אַקושערקע, װאָס האָט נאָר- 
װאָס אין ווייטן צימער נאָך גרויסע שװעריקייטן ,גענומען" בֹּאַ 
איר קימפּעטאָרן דאָס קינד. | 

זי האָט אַ מאַך געגעבּן מיט בּיידע הענט, װי אַף אַ צייכן 
מע זאָל איבּערייסן דעם פאַרהער -- אַף אַזױפיל, אַפּאַנים, איז 
געווען וויכטיק דאָס, װאָס בֹּא פיליפּאָװן אין צימער קומט פאָר. 
פון אופגערעגטער צופרידנקייט האָט זי פאַרגעסן, אַז אַנדרעיעװ 
איז דער אױיספאָרשער און אַז יוזי װערט אויסגעפרעגט און האָט 

אַ פרעג געגעבּן צו גלייכער צייט בּאַ זי בּיידן: 

-- ער קאַן איבּערבּינדן װוּנדן... נו, שגעל... שנעל... וער 
קאָן? 

און איר פּאָנים האָט געפלאַמט, און אירע אױיגן האָבּן גע- 
גלאנצט, 

און ווייל קוקנדיק אַף איר האָט זיך אין דער ערשטער רעגע 
אויסגעדאַכט, אַז פון היינט אָן װערן בּאָטל אַלע געשעענישן 
װאָס טיילן פאַנאַנדער מענטשן אַף אַרעסטירטע און אויספאָרשער, 
האַט דעריבּער יו ספּיװאַק זייער גיך און ניט זיכער אַ זאָג 
געטון ; 

- יו אה היה 

און ווייל דער טראָפּ אַפן װאָרט ,איך" איז נאָך אַלץ אַרױס 
צו שטאַרק און האָט מיטאַמאָל צוריק אויסגעניכטערט, האָט ער 
זיך דעריבּער בּאַלד פאַרענטפערט : 

-- איך בּין געווען אין דער מילכאַמע אַ סאַניטאַר. 

נאָר כאַװערטע סאַשאַ האָט ניט געהערט, װי ער פאַרענט- 
פערט זיך -- זי האָט אים געשלעפּט פאַרן אַרבּל צו פיליפּאָוון אין 
צימער. 

-- איז גיכער,.. גיכער... 

און ווייל אים האָט אָנגעהױבּן קלאָר װערן, אַז ער האָט אין 
- עפּעס אַ טאָעס, איז ער, אַרײינטרעטנדיק צו פיליפּאָװן אין צי- 
מער, איבּעראַנײס פאַרטומלט געװאָרן. געקוקט, װי מיט פרעמדע, 
קראַנקע אױגן און צום אַלעם ערשטן דערזעען די אַרומיקע 
אומאָרדענונג און דעם דרויסנדיקן לאָדן, װאָס פּונקט אַקעגן בּאַם 
פענצטער: -- איין האַלבּ לאָדן איז צוגעמאַכט, װי מיט אַ שטאַרקן 


127 


קלאפּ נאָך אַ שטאַרקן בּלאָז פון װינט; דורך דער צווייטער אָפּע- 
נער האַלבּ זעט זיך, װי אין דרויסן טונקלט דער פאַרנאַכט, 

אין מיטן צימער שטייט אַ טישל מיט אַ פרי אָנגעצונדענעם 
לאָמפּ, | 

דער גרינער אַבּאַזשור איז פונעם לאָמפּאַראָפּגענומען און ליגט 
בּאַ דער זייט, 

און בּאַם טישל, אין די הױזן, אין די שטיוול, נאָר אָן אַ 
רעקל און אָן אַ העמד שטייט פיליפּאָװו, | 

דער אײיבּערשטער נאַקעטער, מוסקולדיק-קרעפטיקער טייל פון 
זיין קערפּער איז וי אַף צװאָגן זיך אָנגעבּױגן איבּער דער ערדע- 
נער שיסל, װאָס אַפן טישל, זיינע נאַקעטע הענט זיינען איבּער- 
געפלאָכטן אַף דער נאַקעטער בּרוסט. איינציקע מוסקולן אַף זיינע 
פּלייצעס זיינען שטאַרק אָנגעשטרענגט און ציטערן וי פון קעלט, 
נאָר זיין קאָפּ מיטן אָנגעגאָסענעם פּאָנים בּייגן זיך אַלץ טיפער 


און טיפער אין שיסל אַרײין, דענסטמאָל װען פון אַ פּאָר געשװאָד 


לענע װוּנדן, װאָס אַף זיין האַלדז, טריפט אין שיסל אַריין אייטער 
אַ טראָפּן נאָך אַ טראָפּן, 

-- פעררר !,.. פעררר !--האָט ער פריילעך געפאָרקעט, וי פון 
אַ געשמאַקער שוויץ-בּאָד, 
אאכגץעא;מצס-082 ?80 .המסא 07 882זס11 ..!קקמנמש -- 


-16' ...!מקממנם) ..החזח1/0 ..צהזצהחז 8 866 ההאנ2ן!--אהממהזסח 
.618861 2046 פמסח 


מיט געשווינדע בּעריעשע הענט האָט כאַװערטע סאַשאַ גע- 
ריסן מאַרליע אַף שמאָלע לאַנגע פּאַסן. און יוזי האָט געװאַשן די 
הענט, געקוועטשט די געשװאָלענע װוּנדן, בּאַנדאַזשירט דעם האַלדז 
מיט מאַרליע און ווידער געװאַשן די הענט, 

פיליפּאָוו איז שוין צוריק געהאַט געזעסן אינמיטן צימער אַף 
אַ שטול, װי עס זיצט אַ מענטש, װאָס לאָזט בּאַ זיך אינדערהיים 
זיך אָפּשערן, ער האָט מיט די אױיגן אָנגעװיזן דער כאַװערטע 
סאַשאַ אַף דער שיסל. 

-- .08ץ3866 

דענסטמאָל האָט יוזי פון אונטערן שטערן נאָך אַמאָל אַף פי- 
ליפּאָװון אַ קוק געגעבּן --גלאַט אַזױ אַ קוק געטון און אונטער 
זיין בּרוסט האָט זיך דאַן גלאַט אַזױ פאַרשטאַרקט עפּעס אײנס 


138 


,יי 


אַ געפיל--אַ געפיל צו אַן אַרבּעטער פון שאַכטן, װאָס איז איצט דער 
נאַטשאַלניק פון קאַמינאָ-בּאַלקע און פילט די בּורזשואַזיע, וי איי- 
טער בֹּאַ זיך אין די װוּנדן -- אָט דאָס איז ער, יענער פיליפּאָ, 
וועמען ער, יוזי, איז שולדיק דעם ענטפער אַף דער פראַגע: 

-- 826032247מ--20 זמך {} 

יוזי ספּיװאַק איז נאָך אַלץ געשטאַנען אין צימער, כאָטש אים 
האָט דאָ שוין קיינער ניט בּאַדאַרפט, 

-- ?4620 זפ'',--האָט פיליפּאָוו ניט פאַרשטאַנען נאָך װאָס ער 
שטייט נאָך, 

ספּיװאַק האָט ניט דערקאָנט זיין אייגן קאָל, בּעייס ער האָט 
שטיל אַ זאָג געטון : 

-- !/86034ק 36 41 

1182 -- 

ספּיװאַק איז געווען בּלאַס, דערפילט אין זיך די קאַלטקײט, 
װאָס איז אים טאָמיד בּײיגעשטאַנען אין אַלע שװערסטע מינוטן 
פון זיין לעבּן. ער האָט געמוזט דערמאנען פיליפּאָון, אַז ער אַלײן 
האָט צוריק מיט עטלעכע טעג געפרעגט, צי ער, יוזי, איז אַן אַר- 
בּעטער, און ער, יווי, האָט דענסטמאָל ניט געענטפערט, 

פיליפּאָוו האָט דענסטמאָל געקוקט צו יוזיס קניען, װי ער װאָלט 
צום ערשטן מאָל בּאַמערקט, אַז בּאַ ספּיװאַקן זיינען די פיס 
אַבּיסל פאַנאַנדערגעבּױגן, אַפּאָנים, נאָך פון אַמאָל, פון קינדווייז אָן. 

-- סע0ק0, -- האָט ער צוגעשאָקלט, 

און ער האָט געהייסן יוזין זיך אומקערן אין קאַנצעליאַריע 
און זאָגן, מע זאָל פאַרשרייבּן זיין ענטפער אין פּראָטאָקאָל, 

פון דענסטמאָל אָן זיצט יוזי אין זיין קאַמער מער דערהאַר- 
געט, איידער ער איז געזעסן פריער. זיין לעצטער ענטפער מאַ- 
טערט אים ערגער װי אַ טויט-אורטייל, טיף אין אים דרייט זיך 
אַ געפיל, אַז ער דאַרף עס מיט עפּעס אויסקויפן אָט דאָס, װאָס 
ער איז ניט קיין אַרבּעטער און װאָס מע האָט עס פאַרשריבּן אין 
פּראָטאָקאָל,.. איבּערהויפּט-- װאָס מע האָט עס פאַרשריבּן... 

אַפן האַרצן איז דערפון עקלדיק, אַזױ אַז עס װאָלט זיך בּע- 
סער װעלן װאָס גיכער אופהערן צו לעבּן. נאָר פון דער אַנדע- 
רער זייט דרייען זיך אָן אופהער געדאַנקען מעקויעך דעם, װאָס 
אויך זיי אַלע -- פיליפּאָוו, כאַװערטע סאַשאַ און אַלע אַנדערע, 


6 


129 


װאָס דרייען זיך דאָ אַרום זי (מע שמועסט שוין ניט פון די 
אַרומיקע צונעשמירטע) -- זי אַלע זיינען מינאַסטאַם אויך ניט קיין 
הונדערטפּראָצענטיקע צאַדיקים: יעדערער פון זי בּאַהאַלט אויס 
זיינע אייגענע נוצן מיט די יעיצערהאָרעלעך, װאָס ער האָט דאָ, 
אַפילע טוענדיק זיין אַרבּעט אין קאַמינאָ-בּאַלקע... און אָט, צום 
בּיישפּיל, די כאַװערטע סאַשאַ... צוריק מיט אַ פּאָר טעג האָט 
ער, יוזי, װאַרטנדיק אין קאָרידאָרל אונטערגעהערט, װי זי דער- 
ציילט עמעצן אין קאַנצעליאַריע, אַז זי גרייט זיך אינגיכן פּראַ- 
ווען דאָ מיט אַ קנאַק אירע , אימענינעס" -- פּראַװען דאָ אין קאַ- 
מינאָ-בּאַלקע... 


זזןג 


קלאַנגען אין גאַליכאָװקע: אַרום די עקסטע גרענעץ-דערפ- 
לעך קלייבּט זיך אָן עפּעס אַ בּאַנדע; 

-- מיט איין װאָרט : , פּאָווסטאַנצעס.. " 

מע ווייסט ניט: פַּעטליורישע צי אַנדערע. א פּאָר טעג האָט 
זיך דאָרט אַרומגעדרײיט איינער אַ הויכער, אַ געשטופּלטער מיט 
אַ דאָקומענט פון אַן אָרטיקן. מע האָט ניט בּאַװיזן אים צו אַרע- 
סטירן. ער איז פאַרשװווּנדן. בּאַנאַכט הערט מען, װי מע לערנט 
זיך ערגעץ שיסן -- ניַט פון קיין בּיקסן, פון אַ קױלנװאַרפער. 

דעם ראַפּאָרט וועגן דעם פירט דורך גאָליכאָװקע אַף זיין 
פערדל פּינקע ווייל -- ער פאָרט פונעם עקסטן גרענעץ-פּאָסטן. 
- = דער טאָג -- אַ פאַרקאַטערטער, אַ גליטשיק-קויטיקער, אַ פאַר- 
זשמורעטער, וי אַף אַ ניס צו געבּן. 

דער װועג--אַ פאַרטאָגיק- ניטדערשלאָפּענער, אַ פינף-שאָ- 
עדיקער, 

פּינקעס גראָװ-פאַרמורזעט פערדל -- זייער אַ יוּנגס. אַז עס 
לויפט געשווינד, פּאַטשט עס זיך מיטן קורצן וויידל אין בּיידע זייטן, 
עס קומט אויס, אַז עס שפּילט זיך, איצט גייט עס פּאַמעלעך בּאַרג- 
אַרוף מיט גאָליכאָװקער גאַס. 

פּינקע זיצט אין זאָטל ; 

אַבֿיסל אָנגעבּויגן, מיט דער בּיקס אַפן רוקן, אַזױ זיך,.--כאַװער 
מיט יעדן שאַקלענדיקן טריט פון זיין מיד פערדל. גליקלעך, װאָס 
קיינער ווייסט ניט וועגן די סוידעס, װאָס ער פירט מיט זיך. ער 
קוקט פאַרבּײיפאָרנדיק; 

הילצערנע הייזער מיט װייס-בּאַשנײיטע דעכער. 


141 


אונטער דער גרויסער פּאַפּאַכע איז פּינקעס פּאָנים מיטן 
מיידלשן כיין אַרום מויל צו קליין פאַר דער א װאָס פאַר- 
האַנגענע פענצטער רופן אין אים אַרױס; 

-- זע נאָר ! -- ייִדן דאָי.. 

-- זע נאָר ! 

-- עפּעס טשודנע ייִדן. 

ווען ער זאָל דאָ בּאַגעגענען אַ מענטשן, אַפילע אַ ווילד-פרעמדן, 
װאָלט ער צו אים אַ שמײכל געטון, פון פערדל אַראָפּ-- 
גלאַט . אַזױ אַ שמייכל פאַרבּײיפאָרנדיק; דער שמיכל װאָלט 
געהייסן ; | 

-- וועגן די סוידעס, װאָס איך פיר איצט מיט זיך, װעסטו בּאַ 
מיר וויסן אַ מאַקע... 

לעבּן איינעם פון אָט די הייזער בּינדט פּינקע צו זיין פערדל-- 
מיד,, טויט-הונגעריק, 

ער פּרוּווט אַ שלעפּ טון די טיר.--זי איז געשלאָסן, 

פּינקע טוט אַ קלאַפּ, 

-- נעכטיקע טעג!,. 

די שטובּ ענטפערט ניט, װי עס ענטפערט ניט אַ קייווער. 

פּינקע איז אַרומגעגאַנגען די שטובּ פון אַלע זייטן, -- אַ מאָדנע 
שטובּ. אומשטיינס-געזאָגט... די הינטער-טיר איז אויך פאַרשלאָסן. 

ער האָט דאָרט דערזעען קרומע פענצטער פון אַן אונטער- 
שטיבּל, אַף איינעם פון די פענצטער --- קרייקעס פון געװאַנט; 
אַף אַ צווייטן -- אַ קליין שניידערש אייל-קענדעלע: פון יענער 
זייט פענצטער -- אַ שטעפּערײ פון אַ ניי-מאַשין, 

פּינקע האָט אויך דאָרט געפּרוּװט אַ קלאַפּ טון, האָט צוערשט די 
שניידערשע מאַשין ניט דערהערט, זי איז געווען שטאַרק פאַר- 
|טון אין שטעפּן, דערנאָך האָט די ניי-מאַשין עפּעס דאָך װי יאָ 
דערהערט --זי האָט אופגעהערט צו שטעפּן, -- זי האָט זיך איינ- 
געהערט, וי פּינקע קלאַפּט אָן צום דריטן און פערטן מאָל, 
נאָר עפענען איז זי ניט געגאַנגען, ווייל זי אין דאָך ניט מער, 
וי אַ מאַשין, 

פּינקע האָט שוין געהאַט אָנגעהױיבּן אַװעקצוגיין, װוען די 
טיר פון אונטערשטיבּל הינטער זיינע פּלײיצעס האָט זיך קאָם- 
קאָם געטון אַן עפן. 


142 


אין שװאַרץ-געעפנטן שפּאַלט האָט פּינקע אַנשטאָט אַ מאַשין 
דערזען אַ קלײנװוּקסיק און יונג יידיש מיידל אין אַ רויט-טשי- 
פּעקל. דעם מיידלס אויגן האָבּן געקוקט אַף אים פאַרװוּנדערט- 
פריינטלעך -- מאָדנע קײַלעכדיקע אויגן, שװאַרצע, וי אָן ווייסלע- 
כער; דאָס נעזל בּאַם מיידל איז געווען אַ קליינס, נאָר זייער אַ 
קלוּגס -- אַזױ האָט זיך געדאַכט פּינקען -- ער האָט נאָך קיינמאָל 
ניט געזעען, אַז אַ נעזל זאָל זיין אַזױ אָנגעגאָסן מיט כאָכמע. 

דאָס מיידל האָט ענדלעך אַרױסגעשטעקט דעם קאָפּ. איר טשי- 
פּעקל האָט זיך פאַרשעמט, רויט, װי פייער. זי האָט געפרעגט 
אַף רוסיש: 

-- וועמען דאַרפט איר? 

זי האָט אַ שמייכל געטון אַף יידיש: 

-- וועמען זוכט איר? | 

-- זוכן ?,., 

פּינקעס אופגעהױיבּענע אַקסלען זיינען איידעס, אַז זוכן דאָ 
עמעצן איז אִים אַפילע ניט איינגעפאַלן. 

-- איך פאָר פאַרבּיי. פון פינף אַזײגער פאַרטאָג אָן פאָר איך, 
איכל אייך זאָגן דעם גאַנצן עמעס: איך בּין פּאָשעט הונגע- 
ריק בּין איך. איך װאָלט אייך טאַקע פּאָשעט געזאָגט אַ שי- 
נעם דאַנק, ווען איר וייזט מיר, װווּ קאָן מען זיך דאָ קויפן עפּעס 
עסן, 

ס'איז שטיל. דאָס מיידל, דאַכט זיך, האַלט זיך אַן אייצע מיט 
איר כאָכמעדיקן נעזל. אירע אויגן קוקן אַלץ אַף פּינקען פאַר- 
װוּנדערט-פריינטלעך : 

-- און מער,--שמייכלט זי,--דאַרפט אִיר דאָ גאָרניט? 

-- ס'אי-דען ? 

-- גאָרנישט,., 

דאָס מיידל װאָלט נאָר אַ בּאַלן זיין װיסן: פונװאַנען איז פּיג- 
קע, װאָס ער איז אַזאַ ,נאַרעלע": ער מיינט, אַז עמעצער װעט 
אים דאָ פאַרקויפן עסן, 

-- ניין, דאָ אין גאָליכאָװקע שטייט מען ניט אין קיין רויט- 
אַרמײערס נויטן. מאָלט אייך: מע האָט דאָ שוין שענערע פּאַר- 
נאָסעס -- דאָ זיינען אַלע סאַרװערס, 

{ -- סאַרװערס ? 


143 


-- יאָ. סאַרװערס און סאַרװוערנס... מע קאָכט און מע בּאַקט ניט 
פאַר אַזעלכע וי איר, -- דאָ מאַכט מען , כאַסענע יענע, װאָס קוּ- 
מען אַהער גאַנװענען די גרענעץ. מע קריכט די דורכפאָרנדיקע 
נעגידים און נעגידעסטעס אונטער די נעגל... אוי, לעקט מען דאָ 
אָפּ אַ ביינדל,.. איר פאַרשטײיט, װאָס איך מיין ?--דאָ איז סדאָם. 

פּינקע קוקט אַלץ אַפן מיידל און זעט אויס זייער פאַרשעמט,-- 
פאַרשׂעמט, װאָס דאָ איז סדאָם און װאָס ער איז אַ ,נאַרעלע" 
און האָט עס ניט געװוּסט, 

-- איך פאַרשטיי,--זאָגט ער, -- װאָסיזשע? מע דאַרף מיר 
דען אַרײנלײגן אַ פינגער אין מויל? 

-- נו, איז גוט,--גלױבּט אים נאָך אַלץ ניט דעם מיידלס קלוג 
נעזל,-- אַבּי איר פאַרשטײט כאָטש... 

דעם מיידל איז נאָר אַ כידעש אַן אַנדער זאַך: װי קומט עס, 
װאָס דאָרט אין קאַמינאָ-בּאַלקע, פונװאַנען פּינקע איז, זאָל מען 
ניט װויסן, אַז דאָ איז סדאָם ? זי אַלײן איז ניט קיין היגע"- זי 
איז פון אַן אַנדער שטאָט. זי אַרבּעט דאָ בּאַ איר בּאַלעבּאָס, 
דעם דאַמען-שניידער, ערשט די פערטע וװאָך. 

-- נאָר דאָס, -- זאָגט זי, -- װאָס איך האָבּ זיך דאָ אָנגעזעען 
פאַר די דריי װאָכן, איז שוין אויך אַ בּאַשרײבּעכץ... איך קאָן שוין 
האָבּן צו דערציילן קינדס-קינדער. װאָס דאַרף מען מער? אַפילע מיין 
בּאַלעבּאָס איז שוין דאָ אויך אַ פיל גרעסערער מעכוטן אַף 
דינגען פורן פאַר אָט די ,כאַסענעס", איידער אַ דאַמעןדשנײידער-- 
ער איז קיינמאָל נישטאָ אינדערהיים. דאָ איז פאַראַן איינער אַ יאָר 
כעלזאָן, אַ פּאָדפּאָלניק. פון די ערשטע , קאָמוניסטן", זאָגט ער אַף 
זיך, איז ער. איז גײען דאָ דורך אים די לעצטע צײיט 
אַלע געשעפטלעך... פאַראַן דאָ איינע אַ בּלאָנדע, א קריסטן, װאָס 
איז אים אַ צווייטע װייבּ, -- װאָסדזשע, ער טאָר זיך כאָלילע ניט 
פאַרגינען ? פאַראַן, זאָגט מען, אַ וועג לעבּן די דערפלעך האַרנע 
און כוטאָר בּעלאָיקוט. פאַר אַסאַך געלט פירט ער דאָרט דורך 
אינמיטן טאָג. נאָר װאַרט,,. איין רעגעלעיי. 

דאָס מיידל כאַפּט זיך אַרײין אין שטובּ און לויפט אַרױס 
צוריק מיט אַ גרויס ריפטל בּרויט. 

-- נאַט,--זאָגט זי צו פּינקען,--דאָס איז מיין אייגן בּרויט. דאָס 
מעגט איר עסן. ס'איז ניט פון די ,כאַסענעס"... 


144 


-- ניין. בּאָלשאָיע ספּאַסיבּאָיי. 

פינקע װעט בּעסער אָפּהונגערן אַ גאַנצן טאָג, איידער צונע- 
מען איר בּרויט, 

-- װאָטיזשע, איר מיינט, אַז אין קאַמינאָדבּאַלקע האָבּן מיר 
כאָלילע קיין בּרויט ניט? | 

ער איז פול מיט נאָך קיינמאָל ניט געפילטע געפילן ניט 
בּלויז צו אָט דעם מיידל, נאָר אַפּילע צום שמאָלן סיטקעלע, צו 
די קרומע פענצטער פון אונטערשטיבּל, צום שטעפּן אַף דער 
ניי-דמאַשין, װאָס ער האָט פון דאָרט געהערט,--אַ געזונט אַף איר, 
אַף אָט דעם מיידל ! אים װעט שטענדיק בּאַנג טון, פאַרװאָס ער איז 
דאָרט ניט געשטאַנען מיט איר כאָטש נאָך אַ רעגעלע. זיין גאַנץ 
לעבּן װעט אים דאָס בּאַנג טון. איצט טראָגט ער זיך וידער 
זייער געשווינד אינעם נעפּל צווישן גאָליכאָװוקע און קאַמינאָדבּאלקע, 
און װאָס שנעלער ער טראָגט זיך, אַלץ שנעלער װאַקסט אין אים 
דער קװאַל פון געפילן צו אַ מיידלש נעזל, װאָס איז אָנגעגאָסן 
מיט כאָכמע. 

פון דאַנקבּאַרקײיט צי פון כאַראַטע, װאָס ער איז דאָרט ניטן 
געשטאַנען מיט איר כאָטש נאָך איין רעגעלע, ווילט זיך אים לויפן 
אַפן פערדל װאָס שנעלער, טראָגן זיך אַלץ טיפער און טיפער אין 
װײטן נעפּל אַרין--אָפּטון דאָרט פאַרן מיידל אַ גוטע, אַ 
גרויסע זאַך. ער װעט איצט איבּערגעבּן פיליפּאָװן װעגן יאָכעל- 
זאָנען און וועגן שטעגעלע, װאָס צװישן דערפל האַרנע און כו- 
טאָר בּעלאָ-קוט. נאָר דאָס איז גאַרניט אין פאַרגלייך מיט דער 
כאַראָטע, פאַרװאָס ער איז מיטן מיידל ניט געשטאַנען כאָטש נאָך 
איין רעגעלע, -- ער װעט בּעטן פיליפּאָװן, אַז אויבּ אַף דער בּאַנ- 
דע, װאָס אין די עקסטע גרענעץ-דערפלעך, װעט מען שיקן אַ 
מענטשן פופצן, טאַ װויל ער, פּינקע, זיין צװישן זֵיי... 


אין גאָליכאָווקע, בּאַם ציין-דאָקטער גאַלאַגאַנער, האָט עטלעכע 
נעכט גענעכטיקט אַ ,פרעמדער"--אַ הויכער אין אַ גרויען שינעל, 
װי די ברידער פּאָקראַס, נאָר אן עלטערער, אַ געשטוּפּלטער 


מיט גרויסע גראַװלעך-בּלאָנדע װאָנצעס און מיט קליינע שװאַרצע 
אייגעלעך -- אַ קריסט. אַז מע האָט געקוקט אין פענצטער, וי ער 


145 


גייט אין גאַס, האָט מען געזעען, װי ער בּייגט זיך -- ער האָט אַזאַ 
גענגעלע... גלייך װי פון אַלע זייטן בּלאָזט אַף אים זײער אַ 
שטאַרקער ווינט, כאָטש אין דרויסן איז גאָר שטיל. 

-- דערזעלבּער, װאָס האָט אין די גרענעץ-דערפלעך געויזן 
אַ דאָקומענט פון אַן אָרטיקן און איז פון דאָרט פאַרשװוּנדן. 

-- ער איז אויך פון סאָפיאַ פּאָקראָווסקעס קאָמפּאַניע, ,עס-ערן", 
וי דער ציין-דאָקטער גאַלאַגאַנער, 

אַזױ זאָגט מען אין גאָליכאָװקע, ווייל דער מיליציע-נאַטשאַל- 
ניק האָט אײינמאָל בּאַנאַכט, צוזאַמען מיט אַראָפּנעקומענע רױטאַר- 
מייער פון קאַמינאָ-בּאַלקע, אַרומגערינגלט גאַלאַגאַנערס שטובּ, 
געזוכט דאָרט אַפן בּוידעם, אין קעלער און אין אַלע צימערן,-- 
ס'איז אַ קלייניקייט, װאָס מע האָט דענסטמאָל בּאַ גאַלאַגאַנערן 
קיינעם ניט געפונען : 

-- גראָד אין יענער נאַכט האָט סאָפיאַ פּאָקראָװסקאַיאַ 
געקאָנט אױסבּאַהאַלטן דעם ,פרעמדן" ערגעץ בֹּאַ איר אין 
דאָרף, 

-- אויבּ סאָפיאַ פּאָקראָוװוסקעס קאָמפּאַניע איז שטאַרק צערו- 
דערט, קאָן זיך עס נאָך, כוץ דעם, נעמען דערפון, װאָס אין קאַ- 
מינאָדבּאַלקע איז עפּעס געשעען מיט יוזי ספּיװאַק, 

-- הערסטעך: דער יידישער רױטאַרמײער האָט אָנגעהױבּן 
אָפט פאַרפאָרן אין אייזיק דעם שניידערס סיטקעלע; ער האָט זיך 
דאָרט פאַרן אַרבּעטער-מיידל בּאַרימט: ,ספּיװואַק, האָט ער זיך בּאַי 
רימט, זיצט גאַנצע טעג בּאַ אונדז, אין קאַמינאָ-בּאַלקע, אין קאַנ- 
צעליאַריע און שרייבּט איבּער פּאַפּירן". 

אין גאַליכאָװוקע זאָגט מען מיט האַרצװײטיק: 

-- נאַ דיר אַן אָנשיקעניש מיט סאָפיאַ פּאָקראָווסקעס קאָמפּאַ 
ניע עס-ערן, 

-- װער דאַרף דאָ אָט די קאָמפּאַניע? -- זי װעט אומבּרענגען 
די שטאָט, אָט די גאַלאָכישע פּאַנע. 

-- ווען ניט אָט די קאָמפּאַניע, װאָלט מען אַף גאָליכאָװקע 
גאָרניט געקוקט אַזױ שטאַרק מיט בּיידע אויגן. 

איצט, פון נאָך דער מײַסע מיט אַרן לעמבּערגער פונעם קאָ- 
זשעווענעם זאַװאָד, איז אין גאָליכאָװקע נאָך געװאָרן שטילער, וי 
געווען. פּאַרנאָסע פונדעסטוועגן ציקעט זיך, ווייל עס שלאָגט זיך נאָך 


146 


ווער-ניט-ווער אַריבּער די גרענעץ פאַר גרויסע געלטער דורך יאָ- 
כעלזאָן דעם פּאָדפּאָלניק, און ווייל מיט פאַרשפּראָכענע אונטער- 
ערדישע װעגן פאָרן זיך אָן קיין גאָליכאָװוקע די װײיבּער פון די קאַ- 
מינאָ-בּאַלקער אַרעסטירטע. 

מע זאָנט אַף זײי: 

-- אַלץ הייסט רייכע! 

-- אָנגעשטאָפּט, 

-- נו, יאָ. מע זאָל נאָר קאָנען.. אַ האַסאָגע, וויפל מע װאָלט 
זיך געלאָזט קאָסטן ?! 

די רייכע װײיבּער קומען אַהער אָן מערסטנס פאַרטאָג, װען 
אין די הייזער שלאָפט מען נאָך. 

זיי צעצאָלן זיך מיט די פורן אין פעלד און גליטשן זיך אַרין 
אין שטאָט איינציקווייז צופוס, 

אין שרעקעוודיקער איילעניש, װי די קאַפּאָרעס, בּאַגעגענען 
זיך הינטערן בּאַרג די קרייענדיקע האָנען. קיין לאָמפּן צינדט מען 
דאַן אין ערגעץ ניט אָן. 

אין ווייסע אונטער-קליידלעך גליטשט מען זיך אַראָפּ פון די 
בּעטן און מע שטרענגט אָן די אויערן אַזױ לאַנג בּיז מע דער- 
הערט : 

שטילע קלעפּ וועקן אין דרויסן די דרעמלדיקע שויבּן, 

פאַרשלאָפּענע קוילעס װאָרטשען הייזעריק און שעפּטשענ- 
דיק-בּייז. שװאַכע יאדעשלעווע זקיינים הוסטן פון זיך בּייז ארויס 
דעם נישער פון שלעכט-אָפּגעשלאָפענער נאכט, 

אין גרויער טונקלעניש טיילט מען זיך מיט די רייכע װבּער, 
וי מיט פאַרבּאָטענעם נאַכט-געשאַנק. מע צאָלט מיט זײי איינע 
דער אַנדערער כויוועס; מע רופט זיי: , די בּאַנאַכטיקע". 

איין שכיינע זאָגט צו דער אַנדערער : 

-- שאַ, שריי ניט! גוט: עס קומט דיר פון מיר אַרױס צַװיי 
,בּאַנאַכטיקע", איכל דיר כאָלילע ניט אָנזעצן, 

מע רעדט צו זיי מיט א שטילן הייזעריקן כאָרכל. מע הייסט 
זי זיך בּאַהאַלטן און גוט בּאַצאָלן, 

מע דערציילט זיי מיט זיפצן וועגן דער מײַסע מיט אַרן לעמ- 
בּערגער און מע וויל עפּעס דערוף פאַרדינען. מע װינקט צו די 
אַראָפּגעלאָזטע פאָרהענגלעך און מע רעדט וועגן פיליפּאָװן: 


14 


-- צי ער איז דאָל.. 

-- ער איז אומעטום, 

-- ער האָט געלעכערטע אויערן. 

פונעם ווינקען, פונעם שטילן שעפּטשען בּאַקומט זיך בּאַ די 
פרעמדע װײיבּער אן איינדרוק, אַז פיליפּאָוו איז ‏ איצט ווירקלעך 
דאָ ערגעץ זייער נאָענט,--מעגלעך, אז ער שלאָפט האָ ‏ אין הויז, 
אין צווייטן צי אין דריטן צימער, 

דער פּאַכעד איז געהיים און אומקלאָר. 

נאָר פאַראַן נאָך אַנדערע נייסן, וועלכע מע דערציילט דאָ 
ניט די נײַע װײבּער, קעדיי זי זאָלן ניט אַנטלויפן, מע רעדט 
וועגן זי שטיל אין די קיכן, ווען די פרעמרע ,,בּאַנאַכטיקעײ שלאָפן; 

-- מע האָט װידער בּאַנאַכט ארומגערינגלט גאַלאַגאַנערס 
שטובּ. איצטיקס מאָל האָט מען דאָרט געזוכט אויך אין די נאָענטע 
שכיינישע הייזער,-- מע האָט פון דאָרט מיט זיך מיטגענומען קיין 
קאמינאָ-בּאַלקע אַלע , בּאַנאַכטיקע", װאָס מ'האָט דאָרט געטראָפן. 


2417 


נאָכן צווייטן זוכן אין גאלאגאנערס געסל איז יאָכעלאָן 
דער פּאַדפּאָלניק געקומען צו לויפן צו דער בּלאַנדער קריסטן 
װאָס בּאַ שמועל װאָלציס אין אַלקער, און האָט איר געהייסן, זי 
זאָל אַף גיך ערגעץ אַהינטון אירע צוויי שװערע פּעק-- ער האָט 
זיך דערװוּסט : 

-- מע װעט זוכן אין אַלע גאָליכאָװוקער הייזער, 

די בּלאָנדע האָט ניט געלאָזט, ער זאָל זיך צו אירע פּעק צורירן, 
זי האָט געפרעגט פויל: 

-- וו אהינטון ? 

יאָכעלזאָן האָט געענטפערט בּייז, גלייך ער װאָלט זי שוין 
מער ניט ליבּ האָבּן; 

-- אַפילע אין טייך אַרײן... אפילע פאַרבּרענען,--מע איז ניט 
זיכער מיטן לעבּן 

די בּלאָנדע איז געשטאַנען צו אים מיט די פּלייצעס און האָט 
זיך ניט גערירט פון אָרט. יאָכעלזאָן האָט פאַרמאַכט הינטער זיך 
די טירלעך און האָט אף איר געשריגן זייער הויך, 

בּאַ שמועל װאָלציס אין שטובּ האָט מען געזאָגט : 

-- הער אַ מײַסע: זיי קריגן זיך שוין פּונקט וי קאָשערע 
ימאַן-און-װײיבּ,., 

יאָכעלזאָן איז אוועק, געקומען איבּעראַנײס צו לויפן, איבּעראַנײיס 
געשריגן: אױבּ מע װעט געפינען בּאַ איר די פּעק, -- װעט 
מען אים שׂיסן גלייך מיט איר, ווייל ער האָט געװוּסט און 
געשוויגן. אויבּ זי װעט ניט פאָלגן, װעט ער אַלײין דערציילן אין 
קאַמינאָדבאַלקע, װאָס זי פירט מיט זיך, 


149 


בּאַ שמועל װאָלציס האָט מען געזאָגט: 

-- הערסט װערטער ? היינט פאַרשטייט מען שין, װאָס אין 
די פּעק טוט זיך, | 

די בּלאַנדע האָט נאָכדעם אַ גאַנצע נאַכט געװיינט, געהאַט 
רויטע געשװאָלענע אויגן, כאַראָטע געהאַט, װאָס זי האָט צוגעלאָזט 
אַ יידן צו איר קערפּער. אַף מאָרגן האָט זי זיך געװיקלט אין 
שאַלן און אין שאַלעכלעך, געפרוירן אין דרויסן, געלאָפן אין 
מאַרק אַרײין צו יעדער אַרײנפאָרנדיק-פרעמדער פּויערשער פור, 

אין שטובּ האָט מען זיך שיר ניט געעקט. שמועל װאָלציס 
וייבּ האָט צוגעטראָגן צום מאנס נאָז די פויסטן, מיט ועלכע זי 
קלאַפּט זיך אין קאָפּ, געשריגן מיט פאַרקריצטע ציין וועגן דער 
בּלאָנדער : 

-- גװאַלד! מע װעט איבּער איר אומקומען... גאַזוז--לען!.. 
װאָס לאָזטו זי לויפן !! 

שמועל װאָלציס האָט אַף צעלאָכעס קלוימערשט קאַלטבּלוטיק 
געהאַלטן די הענט אין די הױזן-טאשן. טיף אין זיך האָט ער 
שוין סיי-ווי-סיי געהאַט בּאַשלאָסן: ער װעט מיט פארקלעמטע 
ציין א נעם טון דער בּלאָנדערס בּיידע שווערע פּעק און װעט זי 
אַרױסמאָרדעװען אין דרויסן, דערנאָך װעט ער אַ נעם-געבּן די 
בּלאָנדע אליין און װעט זי אויך אַהין אַרױסװאַרפן; 

-- גיי פון מיין שטובּ,--װעט ער צו איר זאָגן,--אַרר-רױס!.., 
צו אַלדע שװאַרצע יאָר. איך װיל דיך מער ניט קאָנען 

דאָס אַלץ װעט ער טון פאַרנאַכט, װוען אין גאַס װעט אָנהײבּן 
טונקל װערן, 

נאָר פאַרנאכט--אין גאַס האָט אָנגעהױבּן טונקל װערן -- האָט 
די בּלאָנדע זיך אומגעקערט ניט אַלײן 

זי האָט מיט זיך געבּראַכט פון מאַרק אַ פרעמדן אָרעמען פּױער 
אין אַ צעריסענער בּרוינער סוויטקע, אין געלאַטעטע לײוונטענע 
הויזן און אין פּאָסטעלעס אַף די געשנורעװועטע דינע און פלינקע 
פיס--אַ פרומער, גאָטספאָרכטיקער פּויער, װאָס װווֹינט אַלײן אין דערפל 
האַרנע, ניט ווייט פון יאָכעלזאָנס אוױסבּאַהאַלטענעם שטעגעלע. 
דער גוי איז קויטיק און פאַרטראַכט, װי האַלבּיכאַסערדײעדיק, 
און ענטפערט אַף אַלץ, װאָס מע פרעגט בּאַ אים, מיט א שטאַרקן 
שאָקל פונעם גראָװלעכן קאָפּ: 


150 


-- טאַק, 

-- טאַק. 

-- פּעוונע. 

-- אַ יאַק-זשע? 

די בּלאַנדע האָט זיך פאַרשפּאַרט מיט אים אין איר אַלקער. 

זי האָט זיך דאָרט געשווינד פאנאנדערגעשפּיליעט און אים 
געשווינד בּאַװיזן איר ציילעמל אַף איר בּרוסט: זאָל ער זעען, אַז 
זי איז אן עמעסע קריסטן, זי האָט גאָרנישט צו טון מיט די ארו- 
מיקע זשידעס. דערנאָך האָט זי בּאַשטעלט פאַרן פּויער עסן און 
האָט זייער לאַנג איבּער אים גערעדט. זי האָט אים װי בֹּאַ- 
שוווֹירן. זי האָט געויינט און ווידער געוויינט, 

דערנאָך האָט זי איבּערגעציילעמט פריער זיך, נאָכדעם דעם 
פּױער. זי האָט צו אים װידער זיער לאַנג עפּעס געשעפּ- 
טשעט, | 

-- טאַק, טאַק,--האָט געענטפערט דער גוי. 

-- פּעוונעי.. 

-- אַ יאַקזשע? 

דענסטמאָל האָבּן די טירלעך פונעם אַלקער בּיידע מיטאַמאָל 
זיך בּרייט פאנאנדערגעעפנט, 

בּאַלאָדן מיט דער בּלאָנדערס בּיידע פּעק, האָט דער פּער 
פּאַמעלעך, װי מיט געפּענטעטע פיס און מיט גלעזערנע אויגן, זיך 
אַרױסגערוקט אין דרויסן. ער איז פאַרשװוּנדן אין דער פינצ- 
טערניש. 

בּאַ שמועל װאָלציס אין שטובּ האָט מען לײכטער אָפּי 
געאָטעמט: 

-- אַן עק!..--האָט מען געזאָגט,--פּאָטער געװאָרן. 

דער אַלקער, האָט זיך געדאַכט, איז געבּליבּן פוסט--הוילע 
פיר ווענט. עס פעלט נאָר, מע זאָל עפענען די פענצטער און דער 
וינט זאָל צװישן זיי אַרומֿיאָגן. די בּלאָנדע מיט איר קינד זיינען 
דאָרט איבּערגעשלאָפן סאַכאקל נאָך איין איינציקע נאַכט--פאַר 
שמועל װאָלציס מיט זיין װייבּ איז דאָס געװען ניט קיין נאַכט, 
נאָר אַ בּייזער כאָלעם, 

אין דער שטילקייט פון טיפע בּאַנאַכטיקע שאָען האָט זיך 
געהערט, װי אלע מאָל הײבּט די בּלאָנדע בּאַנײיס אָן צו וויינען. 


151 


זי זיפט פון צעבּראָכענער כאַראָטע, װאָס זי האָט דאָ געלעבּט 
מיט יאָכעלזאָן דעם. פּאַדפּאָלניק, 

זי--אַ פרומע קריסטן, האָט דאָ אומזיסט און אומנישט 
געלאָזט זיך קערפערלעך בּאַימרײניקן פוּן א ,זשיד'. זי 
האָט זיך געציילעמט און געבּעטן גאָט, ער זאָל איר מויכל זיין 
אירע זינד, 

זי אין מיטאַמאָל געװאָרן זייער א גרויסע און פרומע 
ציילעמניצע און האָט בּאַקומען א שטאַרקן בּיטאָכּן, אַו גאָט װעט 
איר העלפן. 

אינדערפרי האָט זי זייער שטאַרק אָנגעפּעלצט זיך און איר 
קינד. זי האָט אין פרומקייט פאַרמאַכּט די אױיגן און האָט, ניט 
אויסריידנדיק צו קיינעם קיין װאָרט, װי אינמיטן א טפילע, פאַר- 
לאָזט די אומריינע יידישע שטובּ. 

זי האָט אויסגעפעלט דעם מאַרק און זיך אַװעקגעלאָזט צװוישן 
שניייקע פעלדער --מיטן װעג, װאָס פירט אין דערפל הארנע, 
אַהין, װוּהין דער פּױער האָט נעכטן אַװעקגעטראָגן אירע פּעק. 
װאָס עס זאָל ניט געשעען, נאָר זי װעט גלױבּן אין גאָט און 
װעט גײן מיטן קינד אַף די הענט בּיזו יענעם דערפל, זי 
װעט דאָרט איבּערנעכטיקן און װעט פונדאָרט גיין וייטער צו 
דער גרענעץ. זי האָט געהאַלטן איר קינד אַף די הענט אבּיסל 
העכער, װי אנדערע מאַמעס האַלטן זייערע קינדער. זי האָט צוגע- 
שפּאַרט איר קאָפּ צום קינדס קעפּל און איר האָט זיך געדאַכט, 
אַז זי פילט ניט דעס קינדס שװערקייט, -- זי שפּרײיזט מיט זייער 
לייכטע שװעבּנדיקע טריט, װאָס רירן זיך קאָם צו צום בּרודיקן שניי, 
און דאָס אַליין איז שוין אויך אַ סימען, אַז גאָט האָט אָנגענומען 
איר גלױבּן און העלפט איר -- זי פילט ניט, אז זי מאַכט מיט די 
פיס און רוקט זיך דאָך מיט צוגעמאַכטע אױגן פאָרויס. אַקעגן 
האָבּן זיך פאַר איר האַלבּ געשראַקן פּוערים, װאָס קומען אָן 
מיט זייערע פוּרן -- זיי האָבּן איר, װי מיט װוּנדער, אָפּגעטראָטן 
דעם וועג. 


52 


אין קליינעם דערפל האַרנע קוקן זעקס געצילטע שטיבּער 
פוּן איין זייט געסל אַף דריי שיטער-צעװאָרפּענע שטיבּער, װאָס 
אין דער צווייטער זייט. מער איו דאָרט נישטאָ גאָרניט. 

אַלע ניין שטיבּער נעכטיקן אַ גאַנצן װינטער אין דרויסן -- 
אַזױ דאַכט זיך--עס בּלאָזט אַף זיי פון אַלע זייטן, 

אף אַרומיקע שגייק-אופגעבּלאָזענע פעלדער קריכן קעצלעך 
און הינט זייער גרינג, מוירע האָבּנדיק אַרײינקריכן טיף-טיף מיט 
אַ פוס, 

עס בּלאָזט א װוינט, שאָקלט זיך דאַן אינמיטן געסל די הויכע 
קאָראָמעטלע איבּערן בּרונעם, סקריפּעט מיט גאָטספאָרכטיק-פרומע 
שלוקערצן פאר אַ גאַנץ דערפל, װאָס איז קלוימערשט גאָט די 
נעשאָמע שולדיק, 

יעדער שלוקערץ--א שװוּע: 

-- פּרעגט מיך בּעכיירעם, צי די גרענעץ איז נאָענט צי װייט, 

איצט איז דאָ קאַלט און שטיל. אין האַרבּיפראָסטיקער לופט 
גייט אוף דער רויך פון די קוימענס, װוי געדעמפטער װײַרעך 
צום הימל, און מער געדיכטן רויך, װי אַלע, לאָזט אַרױס דער 
קוימען פון דער זעקסטער גרעסערער כאַטע אין עק --דאָרט הייצט 
מען סיי בּאַטאָג, סיי בּאַנאַכט צוליבּ דער בּלאָנדער, װאָס האָט, 
װי אינמיטן א טפֿילע, צוגעזאָגט גוס בּאַצאָלן. 

פונעם גרויסן אַלקער, װאָס מיט דער לײמיק-אָפּגעשמירטער 
ערד, מיט פיל קישנס אפֿן הילצעונעם בּעט, מיט די פיל אי- 
קאָנעס אַף די ווענט, איז מען װי אַװעקגעפאָרן אַף א װײַטן יאַריד, 
דאָרט איז ניט געווען קיינער, אַכוץ דער בּלאַנדער מיט אירע צַװויי 
קערבּ און מיט איר קינד, 

זי האָט דאָרט איבּערגענעכטיקט א נאַכט פול מיט פרומע 
אופגערענטע ספּאַזמען פון נאָכן װעג, װאָס זי איז אַהער גע- 
גאַנגען צופוס, פול מיט גאַטספֿאָרכטיקן גלױיבּן, אַז מיט איר, דער 
זינדיקער, װאָס רייניקט זיך פון איר זינד, מוז איצט טרעפן אַ נעס, 
װײיל בּיכלאַל... אַלע ניסים טרעפן טאָמיד מיט זינדיקע, װאָס ריי- 
ניקן זיך.., 

איר רייניקן זיך איז בּאַשטאַנען אין דעם, װאָס זי האָט בֹאַ 
זיך אין האַרצן שטאַרק מעװאַזע געווען און פאַרוּמריינט דעם זשיד 
יאָכעלזאָנען, וועמען זי האָט צוגעלאָזט צו איר קערפּער, 


153 


װאָס מער זי האָט אים בּאַ זיך אין געדאַנק פאַרוּמריינט און 
פאַרוּמװערטיקט, אַלץ מער האָט זי געפילט, װי זי ווערט היילי- 
קער און זױבּערער. איצט איז זי געשטאַנען אַף די קני און אירע 
אויגן זיינען געווען געווענדעט צום בּילד פון דער ,הײיליקער מוטער", 
װאָס איז פאַרפּוצט מיט אַ האַנטעך אין סאַמע עק פון בּאַלקן-װינקל, 

די בּלאָנדע האָט געפאַסט. מיט גרויס אַקשאָנעס איז זי פון 
גאַנצפרי-אָן געשטאַנען אַף די קני, געבּויגן דעם שטערן צו דער 
ערד און געווען פוּל מיט בּאַשלוס ניט אָפּצוטרעטן בִּיו זי װעט 
אױספּױעלן א נעס, 

אַ האַלבּעוּ נעס האָט דאָך מיט איר שוין געטראָפן נעכטן--אינ- 
מיטן העלן טאָג איז זי געגאַנגען אַהער צופוס און קיינער האָט 
זיך ניט דערוועגט זי אָפּצושטעלן; בּאַ אַלע אַקעגנגעקומענע זיינען 
וי פאַרבּלענדט געװאָרן די אויגן, 

אירע קיכעס האָבּן איר געטראָגן אַף אָפּצוגיין מיטן 
קינד אַף די הענט אַ מעהאַלעך פון קאָרעװו צו צװאַנציק װיאָרסט, 

דעריבּער שטייט זי איצט פון גאַנצפרי-אָן אַ פאַסטנדיקע אַף די קני 
און דאַנקט און בּעט די ,, הײיליקע מוטער": 

-- דערפיר דעם װונדער בּיזן סאָף-- בּיז אַריבּער די 
גרענעץ. 

איצט, נאָך עטלעכע שאָ פאַסטן און פרום-פרוּמען בּעטן אַף 
די קני, האָט זיך די בּלאָנדע דערפילט פול מיט בּאַשלאָסנקײט און 
אַזױ היימיש מיט דער ,מוּטערס בּילד", וי גלייך זי װאָלט איר 
אָנקערן אַן אייגענע שוועסטער, 

קעדיי ניט אָפּצולאָזן מיט איר דידאָזיקע פאַרבּינדונג, האָט זי 
דעריבּער, אופשטייענדיק פון די קני, טיף אין זיך נאָך אַלץ 
פרוּם געזיפצט און געבּעטן, 

דער אָפּגעקאָכטער פּויערישער אָנבּייסן, װאָס די בּאַלעבּאָסטע 
האָט איר אַהער אַרײנגעטראָגן, האָט ניט אַרױסגערוּפן קיין מינד- 
סטן אַפּעטיט, קיין שום ווילן זיך צו אים צורירן, 

און דאָס אַלײן, װאָס עס װילט זיך ניט עסן, איז שוין אויך 
געווען אַ סימען, אַז זי איז טיף דורכגעדרונגען מיט געלייטערטער, 
הייליקער צעבּראָכנקײט. זי האָט זיך צוגעזעצט צום טיש מיט אַ 
זיפץ און זייער לייכט, װי צו אַ הײיליקער סודע, און געגעבּן עסן 
דעם קינד. 


154 


זי האָט זיך בּאַנײיס איבּערגעציילעמט און אַרײינגענומען אַ בּיסן 
צווישן די ציין, אַרופקוקנדיק צום בּילד פון דער ,הײיליקער מו- 
טער" און אַזױ פּאַמעלעך, וי גלייך זי דאַרף דעם בּיסן ניט 
קײַען -- ער װעט בּעמיילע בּאַ איר אין מויל פאַרבּרענט װערן 
זי האָט צוגעשלאָסן די אויגן און זיך דערמאנט אין דעם 
,הײיליקן טיש", בּאַ וועלכן עס האָט זיין לעצטע סודע געגעסן יעזוּס. 

דענסטמאָל איז אַרײנגעגאַנגען דער אָרעמער גראָוולעכער פּױי- 
ער, װאָס מיט דער צעריסענער בּרױנער סוויטקע און מיט די 
געלאַטעטע הויזן. ער האָט צוגעבּוּנדן בּיידע שווערע קערבּ צו אַ 
קורץ דרענגל, װאָס מע קאָן עס טראָגן אַף די אַקסלען, און איז 
געווען גרייט צו ענטפערן אַף אַלערלײ פראַגעס: 

-- טאַק! 

-- פּעוונע ! 

-- אַ יאַקדזשע? 

עס איז געווען אַרום צוויי אַזײיגער. דער ווינטער-טאָג האָט 
געצאַנקט, װי אַ גראָבּ און קורץ ליכט, װאָס קאָן זיך אויסלעשן 
יאומגעריכט, מיטאַמאָל, 

עס איז געווען די רעכטע צייט אָנצוהײיבּן, קעדיי אָן אײַלע- 
ניש בּאַ דער ערשטער נאַכט-טונקלעניש אַריבּערגין אַהין, װוּ די 
רעװאָליוציע האָט מער קיין מעמשאָלע ניט, אַהין, װוּ עס צאַנקען 
און גייען אויס דער רעװאָליוּציעס לעצטע קויכעס. 

צו דער גרענעץ איז געבּליבּן אַ װיאָרסט נײַן, 

אַפן שטעגעלע, װאָס טיילט אַף צוייען דעם אױסגאָס פון 
בּלאָװוװײיסן שניי, האָט פאָרויס, מיט בּיידע קערבּ אַף די פּלײ- 
צעס געשפּאַנט דער פּױער, און גאַנץ הינטן איז פאַרװיקלט אין 
שאַלן און אין שאַלעכלעך געגאַנגען די בּלאָנדע. זי האָט, װי 
נעכטן, געהאַלטן איר קינד אַף די הענט אַבּיסל העכער, וי אַלע 
מאַמעס, צוגעשפּאַרט איר קאָפּ צום קינדס קעפּל, און איר האָט 
זיך שוין װידער געדאַכט, אַז זי פילט ניט קיין שװערקייט-- זי 
שפּרײַזט מיט זייער לייכטע שװעבּנדיקע טריט פון אַ מענטשן 
מיט װעמען עס מון געשעען אַ װוּנדער. זי האָט שפּאַנענדיק 
פאַרמאַכט די אויגן און האָט געכאַזערט װעגן װוּנדער מיט 
גרויס דווייקעס, אַזױ אַו יעדער פּיצעלע פון איר קערפּער זאָל 
אין אים גלויבּן ; 


155 


--ער געשעעט,.. ער מוז... ער מוז.., 

איטלעכס מאָל, װאָס זי האָט בּאַנייס אַן עפן געגעבּן די אויגן, 
האָט זי בּאַנײיס דערזעען: דער פּוױער מיט די קערבּ דערווייטערט 
זיך פון איר אַלץ מער און מער. נאָר איר איז דאָס ניט אָנגעגאַנ- 
גען -- נאָך צוויי מעסלעס פון כאַראָטעדיקע זיפצן און טרערן איז 
זי שוין פון איר פריעריקן זינדיקן לעבּן געווען אַזױ װײַט, און 
בּעמיילע איז זי שוין אויך געווען געזיכערט פון אַלע שלעכטיקייטן, 
װאָס קאָנען מיט אַ זינדיקן מענטשן טרעפן, 

דער וועג, מיט ועלכן זי איז געגאַנגען, איז אַריין אין א קליין 
וועלדל. דער פּױער מיט די צװיי קערבּ איז שוין געהאַט פאַר- 
שװוּנדן אין װייטן עק דענסטמאָל, װען זי איז אָקאָרשט אין 
וועלדל אַרײינגעקומען. 

נאָר זי האָט זיך ניט געװאָלט שרעקן. פון גרויס בּיטאָכן האָט 
זי אַלע וויילע צוריק פאַרשלאָסן די אויגן און איז געגאַנגען 
ווייטער. 

דאָס וועלדל האָט זיך אַרױסגעװיזן לענגער, וי זי האָט גע- 
מיינט, נאָר אויך דאָס איז איר ניט אָנגעגאַנגען 

דער איקער: 

זיך בּאַהעפטן מיט אַלע אייוורים אינעם גלױבּן װועגן א װוּנ- 
דער און אים ניט אַרױסלאָזן פונעם געדאַנק, 

-- ער מוז געשעען... ער מוז !.. ער געשעעט. 

זי װיל ניט דערלאָזן צו זיך קיין שום פרייד, װאָס זי האָט 
ענדלעך דערגרייכט צום אױסגאַנג פון וועלדל, װאָרעם זי האָט 
דען פריער ניט געגלױבּט און מוירע געהאַט? 

זי האָט פּלוצים דערהערט פון דאָרט אַ געשריי, אַף װעלכן 
קיינער רופט זיך ניט אָן. עפעס װי אַ שאָס האָט דאָרט גאָרניט 
פּױעל געווען. נאָר מיט איר קער זיך עס ניט אָן-- מיט איר גע- 
שעעט אַ װוּנדער. 

דאָס וועלדל איז שוין הינטער אירע פּלײיצעס. זי האָט אַף אַ 
רעגע אַן עפן געטון די אויגן און האָט דערזען פון וייטנס א 
הויכן בּאַפּעלצטן מאַנסבּל אָן קערבּ אין די הענט. װאָס האָט דאָס 
געקאָנט בּאַטײיטן? 

-- אַ קראַנקע זעוּנג, אַפּאָנים,-- אַ ניסאָיען ! מיט אַלע הײיליקע, 
אַז עס טרעפט אַזעלעכס, קוקן זיי זיך דערוף ניט אום. 


156 


זי האָט געשווינד צוריק צוגעשלאָסן די אויגן, נאָך שטאַרקער 
זיך איינגעקלאַמערט מיטן געדאַנק אינעם גלױיבּן אין א װוּנדער, 

-- ער מוז געשעען... ער געשעעט... ער געשעעט... 

איז דאָס געװען פאַרנאַכט בּאַ אַ גרינג װינטל, בֹּא אַ קליין 
פהעסטל, װאָס נעמט זיך שטאַרקן אַקעגן נאַכט, בּאַ אַ קאַלטן 
דורכזיכטיקן פייער, װאָס לייט-צו די פאַרגאַנגענע זון צו יענער 
זייט שניי-ווייסן בּאַרג, 

דאָס גרינגע ווינטל האָט אונטערגעבּלאָזן די שאַל אַף אירע 
פּלייצעס און האָט אָפּגעדעקט איר קאָפּ. דאָס דרעמלדיקע קינד 
האָט זיך מיטן קעפּל צוגעשפּאַרט צו איר בּאַק. 

זי איז געגאַנגען מיט אַזאַ גאַנג, װאָס אַלע אַקעגנגעקומענ- 
דיקע האָבּן זיך פאַר אים געדאַרפט שרעקן, אַלע האָבּן איר גע- 
דאַרפט אָפּטרעטן דעם וועג, װי אַ ,הײיליקער מוטער". 

נאָר דער הויכער בּאַפּעלצטער מאַנסבּל איז דאָך געשטאַנען 
אַקעגן, ער האָט זיך אַבּיסל אָנגעבּױגן, 

ער האָט זיך פאַרהוסט--זיך פאַרהוסט אַף לאַנג און זייער 
װאָכעדיק,--עפּעס צו װאַכעדיק, וי אַ פּאַשעט-פאַרקילטער מענטש. 

זי איז געבּליבּן שטיין עטלעכע קלאפטער וייט פון אים און 
האָט בּרייט פאַנאַנדערגעעפנט די אויגן, 

זי האָט מיט דער פרייער האַנט פאַרשטעלט דעם קינדס פּע- 
נימל און האָט װי אַ זוך געגעבּן אין בּיידע זײַטן אַן אָרט, װי זי 
װאָלט עס וועלן בּאַהאַלטן... 

זי האָט דערזעען: 

אַפן צווייטן בּאַרג,.--פון יענער זייט טיפן אוּן געפרוירענעם 
װאַסערל, װאָס רופט ויך ;גרענעץ" --איז פאַרשװוּנדן דער 
אָרעמער פּויער, װאָס טראָגט אירע צוויי קערבּ. 

און מיַטאַמאָל איז אַלץ געװאָרן פאַרשטענדלעך. 

דער פּויער מיט די קערב האָט בּאַװיזן אַריבּערצוגיין די גרע- 
נעץ און זי האָט דאָ געכאַפּט אָט דער װאָכעדיק בּאַפּעלצטער 
מאַנטבּל -- אַ מענטש, װאָס װעט, וייוט אויס, בּעשומויפן ניט 
גלױיבּן, אַז אַ ,הײליקע מוטער" האָט דאַ בּעדייע צו גאַנװענען די 
גרענעץ, 

-- דיינע קערבּ? -- האָט ער געפרעגט. 


157 


און אָנגעװיזן מיט דער האַנט אַהין, װוּ דער פּויער איז פאַר- 
שוווּנדן, | 

זי האָט זיך מיטאַמאָל דערפילט צוריק װאָכעדיק און 
זינדיק, װי פריער מיט צװיי מעסלעס, זי האָט מיט דער- 
שראָקענע אויגן געקוקט אין זיין פּאָנים -- אַ פּאָנים פון אַן 
אייבּיקן סוינע, װאָס װעט בּעשומויפן ניט גלױבּן, אַז די 
,הייליקע מוטער" איז אַראָפּ פון דער איקאָנע, און טעמפּ 
אין אָט דאָס פּאָנִים צו אַלערלײ אונטערקויפעכצ--אַפילע צו 
איר קערפער, 

דערפאַר, װאָס זי האָט ניט געענטפערט, איז זײַן קאָל געװאָרן 
האַרטער, שטרענגער: 

-- מע פרעגט בּאַ דיר: דיינע קערבּ ? 

זי האָט דערזען די וייסע מאַרליע אַף זיין בּאַנדאַזשירטן 
האַלדז, 

און מיטאַמאָל איז אַלץ געװאָרן קלאָר; 

-- עס איז ער--פיליפּאָוו אַליין,.. פון דאָרט... פון קאַמינאָ-בּאַלקע. 

די צאָרע, דער אומגליק איז איצט שוין געװוען װאָכעדיק 
קלאָר, ערדיש, וי זײַן װאָכעדיקער הוּסט: אַף אַנדערע גרענעצן 
קאָן מען אָנטרעפן אַף מענטשעלעך, מיט װעמען מע קאן דורכקו- 
מען, און זי האָט דער רוּעךְ געטראָגן פּונקט אַהער, צו אָט דעם-אָ, 
װאָס שטייט איצט אַקעגן איר און פרעגט בּאַ איר : 

-- אַלײן בּיסטו, צי נאָך מיט עמעצן+. . 

זי האָט צום לעצט געענטפערט דערשלאָגן-שטיל; 

4 אַלײן. : 

דענסטמאָל האָט ער געקוקט אַ וויילע צו דער צווייטער זייט 
גרענעץ., 

-- אַ שאָד,---האָט ער בּאַדױערט,--איז װאָס דו האָסט געפירט 
אין די קערבּ װעלן מיר שוין טאַקע ניט וויסן... 

און ער האָט זיך וידער פאַרהוסט זייער װאָכעדיק, װי אַ 
פּאשעט-פאַרקילטער מענטש, 

-- קום,--האָט ער געזאָגט, 

אין איר האָט אופגעזאָטן אַ גאַנצער יאַם סינע צו אים און צו 
אַלע זייניקע, װאָס האָבּן אים דאָ אַף זיין פּאָסטן אַװעקגעשטעלט. 
איר האָט זיך פאַרװאָלט שטאַרק זידלען, שעלטן, דערציילן, וי 


158 


אַזױ מע װעט פון זיי רייסן שטיקער.. וי אַזױ מע האָט שוין 
איין מאָל געריסן... יאָ, יאָ... געריסן ! געריסן ! 

מיט ציטעריקע הענט האָט זי בּאַנייס פאַרװיקלט איר קינד. 

בּלויז איין וויילע איז זי אים נאָכגעגאַנגען פון הינטן. פּלוצים 
האָט זי אופגעהערט צו שפּאַנען. 

פיליפּאָוו האָט זיך אומגעקוקט. 

זי איז געזעסן אַפן שׂניי. זי האָט געהאַלטן איר קינד אַף די 
קני און האָט געוויינט זייער שטיל, אָן אַ מינדסטן קאָל, נאָר מיט 
זייער פיל געשווינדע און גרויסע טרערן. ער האָט פאַרהוסט די 
ווערטער : 

-- װאָס איז געשעען? 

דענסטמאָל איז זי פּלוצים צוריק געװאָרן א גרויסע צנוע און 
האָט צו אים אַ קוק געגעבּן מיט נייע אױגן --מאָדנע אױגן: 
גלייך יעדער אויג אירס האָט טיף אין זיך נאָך אַ פרוי, און בּאַ 
יעדער פרוי הענגט דאָרט אַ ציילעמל אַף דער בּרוסט, 

-- ניטאָ מער קיין קויעך,--האָט זי געזאָגט, -- איך בִּין מיד... 
איך קאָן מער ניט טראָגן דאָס קינד. 

-- אַזױ גאָר ? 

זיין בּליק האָט אַ פּאָר מינוט אומזיסט געזוכט הילף בּאַ דער 
אַרומיקער פּוסטער שטרעקע. 

-- קאָן מען גאָרנישט מאַכן,--האָט ער געזאָגט,-- איז דאָס קינד 
גיבּ מיר, איך װעל עס טראָגן... נו, און דו װעסט שוין מוזן ווי- 
ניט-איז זיך דערשלעפּן -- ס'איז ניט ווייט. 


= === 


159 


8/ 


קאַמינאָדבּאַלקע אין יענעם פאַרנאַכט: 

פיליפּאָוו האָט דאָרט בּאַ ליכט-אָנצינדן אָנגעקלאַפּט פון דרויסן 
אין טויער. אַף די הענט האָט ער געהאַלטן אַ קינד. 

הינטן איז אים נאָכגעגאַנגען דעם קינדס מוטער --די אַרע- 
סטירטע בּלאָנדע. 

פיליפּאָווס פּאָנים -- אומצופרידן-זויערלעך, אַבּיסל פאַרקרימט. 
ער האָט ניט געזאָגט גאָרנישט, גלייך וי אַלע װאָלטן אַלײן בֹּאַ- 
דאַרפט װיסן: אים האָט שוין בּיז גאָר דערעסן צו זיין דאָ 
אַלצדינג -- אי אַ נאַטשאַלניק, אי אַ ניאַנקע. 

די פייערן אין די בּאַלױכטענע פענצטער פון דער קאַנצעליאַ- 
ריע -- בּייזע פייערן. מע האָט בּאַ זײ גענומען די בּלאָנדע אַפן 
ערשטן זייער לאַנגן פאַרהער. 

שפּעט אינאָװנט נאָכן פאַרהער האָט מען אופגעװעקט פּינקע 
ווייל און נאָך אַנדערע,--מע האָט מיט זיי אין פּאָטשט אַרײן אָפּי 
געשיקט אַ דעפּעש וועגן די דאָקומענטן, װאָס מע האָט בּאַ דער 
בּלאָנדער געפונען. מע האָט זיי אַף צוריקוועגס געהייסן מיטנעמען 
פון גאָליכאָוקע אַ פּאָר מענטשן, לוט אַ צעטל. 

דעם ערשטן נאָמען אין צעטל האָט פּינקע איבּערגעלייענט 
זייער אַ לאַנגן, אַ פאַרדרײיטן; 

,שמולי-אַװראָם אַראָן װאָלקאָװיטש קושניר", 

אין גאָליכאָװקע רופט מען אים פּאָשעט: 

-- שמועל װאָלציס, 


160 


ווייסט מען לעפּאָכעס אין גאָליכאַװקע װער די בּלאַנדע איז-- 
פּאָשעט : 

-- אַ ווייסע קוריערשע. 

-- די דאָקומענטן האָט זי געפירט פאַרנייט און אַרומגעװיקלט 
אַרום איר קינדס בּייכל. 

-- און געשיקט זיינען די דאָקומענטן קיין אױסלאַנד, צו אַ 
ווייסן גענעראַל, 

-- אַ סװאָרע, אַז דאָס קינד איז שוין גאָר אויך ניט אירס-- 
אַז בּאַ אַ זוינער קאָן מען דען וויסןלּ 

איין זאַך איז קלאָר : 

-- די שטאָט איז אין פעסל, 

-- די בּלאָנדע איז א גרויסע צוירערטע און װעט אַפן ערשטן 
פייער אַרױסגעבּן די גאַנצע שטאָט, אַלע יידן. 

-- דערווייל גייט אַפן ערשטן אױיבּן שמועל װאָלציס. 

-- סע מער ניט װי אַ האַסכאָלע אַף דער פולער װאָך. 

-- אַ װיסטער, אַ פינצטערער כאָלעם. 

מע האָט אומעטום אױיסגעלאָשן װוּ ערגעץ אַ ליכט. מע איז 
אין די שכיינישע הייזער מיט פאַרשטאַרבּענע הערצער געלעגן 
האַלבּ-אָנגעטון אין די בּעטן און זיך איינגעהערט, װי שטאַרק מע 
קלאַפּט צו שמועל װאָלציס אין טיר. 

אין דער נאָענטסטער אױסגעלאַשענער שטובּ האָט אַ בּאַלע- 
בּאָסטע ניט אופגעהערט צוֹ דערפרעגן זיך אין גרויס שרעק 
בּאַם מאַן : 

-- וער קלאַפּט, אַ ?.. װער קלאַפּט? 

דער אופגערייצטער מאַן האָט איבּערגעקרימט בּייז: 

-- װער קלאַפּט ?.. אַ נײַס! מאַלאָכים קלאַפּן!.. עס איז פון 
דאָרטן, פון קאַמינאָדבּאַלקע. 

די ייִדענע איז געלעגן שטיל, זיך איינגעהערט. 

-- מע האָט אופגעהערט,--האָט זי געזאָגט,-- אַפּאָנים, מע איז 
שוין אַרײן. 

איז װאָס קאָן זאָגן שמועל װאָלציס, ווען מע װעקט אים אוף 
פּלוצים אינמיטן בּאַנאַכט און מע פירט אים אַװעק אַ גערעשטע- 
וועטן קיין קאַמינאָדבּאַלקע? 


161 


װאָס קאָן ער זאָגן, ווען פּינקע ווייל שלאָגט אים איבּער אין 
זיין פאַרענטפערן זיך און פרעגט בּאַ אים: 

-- אַז איר זייט יאָ אַזא פיינער מאַן, װי איִר שווערט זיך, איז 
פאַרװאָס האָט איר אויסבּאַהאַלטן בּאַ זיך צװיי כאַדאָשים די 
בּלאָנדע ? 

שמועל װאָלציס קאָן דערוף מער גאָרנישט זאָגן. ער ווייסט, 
אַז ער איז דערהאַרגעט און מער גאָר. אַ גרויסער אומגליק... אין 
קאָפּ און אין האַרצן איז אים פּוסט און פינצטער, װי אין דער 
אַרומיקער נאַכט. | 

ער האָט נאָר ראַכמאָנעס אַף זיין װײיבּ, װאָס וויינט און גװאַל- 
דעװעט איבּער אים, וי איבּער אַ מעס, און יל ניט אַנדערש, 
וי צעקלאַפּן זיך דעם קאָפּ אָן דער װאַנט. 

פון ראַכמאָנעס זאָגט ער צו איר : 

-- נעכע, הער אוף... הער אוף צו קאַװוּטשען, זאָגט מען 
דיר... נו, גוט, נעכע... מע װעט מיך דאָרט געוויס דערהאַרגענען. 
מע האָט מיך שוין דערהאַרגעט!.. הער אוף צו קאַװוּטשען 
דו הערסט, װאָס איך רעד צו דיר ?.,. אָט צסאָטע איך דיר ארויס 
די קישקעס, נעכעי.. 

דאָס אַלץ זאָגט ער פון גרויס ראַכמאָנעט צו איר -- פון ראַכ- 
מאָנעס אָן אַ בּרעג: 

-- נעכע, הער אוף... אָנװערן זאָל איך דיך, נעכע!.. 

ער האָט פאַרקריצטע ציין און יל איר דערלאַנגען מיט 
אַ פוס. 

-- אַז דו בּיסט געווען אַ בּעהיימע גלייך מיט מיר און האָסט 
בּיז דער לעצטער מינוט געהאַלטן דעם אומגליק בּאַ זיך אין 
שטובּ, איז װאָס רעװועסטו איצט, װי אַ קאַלבּ? 

ער רייסט זיך צו איר די גאַנצע צייט, בּיו מע פירט אים 
אַרױס פון שטובּ. גייט שמועל װאָלציס אינמיטן דער נאַכט אַרומ- 
גערינגלט מיט בּאַװאָפּנטע רױטאַרמײער, און איז שטומער פון אַלע 
שטוֹמע, ווייל זיין גרויסער ענטפער, װאָס ער האָט שטענדיק גע- 
האַט דער וועלט צו זאָגן -- זיין טערעץ: ,װאָס ווייס איך, שמועל 
װאָלציס, אַז אַ מענטש בּין איך אַ פּאָשעטער", איז שוין מער 
קיין טערעץ ניט, 

פאַרטױיבּט פון די צאָרעס זיינע, לאָזט ער זיך איצט פירן. 


162 


-- אַן עק!... -- בּאַטראכט ער אין געדאַנק זיין אייגענע לאַ- 
גע, -- נאַקעט און בּלויז בּיסטו, שמועל... אָן אַ שטובּ, אָן אַ וייבּ, 
אָן אַן ענטפער אַפילע -- אַ האָלאָדראַנעץ אַף דער וועלט... 

די וועלט? 

בּעסער איז פאַר איר, זי זאָל איצט ניט אַרײנפאַלן צו אים, 
שמועל װאָלציס, אין די הענט... איצט, בּעייס ער גייט אינמיטן 
דער נאַכט אַ גערעשטעװעטער און האָט פאַרקלעמטע ציין... ער 
װעט רייסן פון איר שטיקער... 

געאַרבּעט האָט ער שווער פון נאָך זיין כאַסענע אָן אף דער 
זעגמיל. נאָר פּאַרנאָסע װי געהעריק האָט מען פאַר זײין 
אַרבּעט געבּן ניט געװאָלט. ער, שמועל, האָט די אַרומיקע גוט 
געקענט, 

-- ווייכהאַרציקע, -- פלעגט ער ועגן זיי טראַכטן, -- כאַפּט זי 
די כאָראָבּע. 

פּלוצים װערט מען צו אים, אַ מאַקע זײי, גוטינקע און מע 
הײיבּט אים אָן צוצושארן גרינגע פּאַרנאָסעלעך. װאָס ווייס ער ?. 
אַז אין גאָט גלױבּט קיינער ניט. ער זעט, װאָס אַלע טוען, טוט 
ער אויך... 

נו?... האָט זי אים איצט פיין געשטעלט צום צעטל - זי, די 
וועלט, הייסט עס, אַ כאַראָבּע אַף איר... 

און עס איז דאָך קאַשער פאַרדינט -- אָט דאָס, װאָס מע פירט 
איִם איצט אינמיטן דער נאַכט.. די גאַנצע צייט אױסבּאַהאַלטן 
אָט די בּלאָנדע סטערווע בּאַ זיך אין שטובּ... װאָס-זשע דען? 

-- בּסאָמים זאָל מען דערפאַר געבּן שמעקן ? 

שמועל װאָלציס װאָלט נאָר אַ בּאַלן זיין איין זאַך: 

-- אויבּ שוין יאָ יוישער, טאָ זאָלן איצט נאָכגיין מיט אים 
אַהין זי -- אַלע פיינע שכיינים זיינע -- אַ מאַקע זיי אין גאָרגל !... 
װאָס איז עפּעס נאָר ער אַלײן? אַ קאַפּאַרע-הינדל איז ער? 

גוֹט איז, װאָס מע שטעלט זיך כאָטש אָפּ לעבּן יאָכעלזאָן דעם 
פּאָדפּאַלניקס קװאַרטיר. מע לאָזט איבּער לעבּן שמועל װאָלציס 
איין רױיטאַרמײיער אַף אים צו היטן, און אַלײן טאַפּט מען אַף זיך 
אַרום דאָס געװער און מע רינגלט אַרום די שטובּ פון אַלע 
זייטן, 

אַז מע װעט פון דאָרט אַרוספירן אָט דעם געפּודרעטן מאַמ- 


163 


זער, דעם פּאָדפּאָלניק, װעט מען אים פאַרשפּאָרן פירן אַן ארע- 
סטירטן אַזש קיין קאַמינאָ-בּאַלקע. עס װעט גענוג זיין, מע זאָל 
אים דאָ אַפן אָרט איבּערגעבּן צו אים, שמועל װאָלציס, אין די הענט. 
ער װעט דאָ אַפן אָרט מאַכן פון אים אַ מאָטשענקע און אַן עק, פּאָד 
טער, אויס סמאַרקאַטער, ווערימדיקער הולטײ, װייניקער מיט 
איין אױסגעפּוצטן שאַרלאטאן אף דער וועלט... 

ווייל ער האָט געװוּסט, אָט דער געפּודרעטער פּאַרך, װוער די 
בּלאָנדע איז, און האָט געמאַכט א שװייג, 

-- אַז איך זאָג אייך, האַלט זי בֹּא זיך,--האָט ער אים, שמו- 
על װאָלציס, צוגערעדט,--אַף מיינע פּלײיצעס! 

איז װוּיזשע איז ער איצט, אָט דער הונט מיט זיינע בּרייטע 
פּלײיצעס ?... ער האָט שוין איצט אינמיטן דער נאַכט בּאַװיזן אויס- 
צורינען ?! 

-- א שאָד... 

-- הערסט א מײַסע ?.., 

גוט איז שוין, װאָס אַף דעם אויסגערונענעם יאָכעלזאָנס אָרט 
נעמט מען כאָטש מיט זיך זיין וב -- אָט די אָדעסער מאָ- 
דיסטקע, װאָס האָט זיך דאָ א האלבּ יאָר געװיקלט אין די זי- 
דענע טערקישע שאַלן, וועלכע ער פלעגט איר בּרענגען פון יענער 
זייט גרענעץ. 

-- קום מיט,--זאָגט צו איר שמועל װאָלציס, וי נאָר ער דער- 
זעט זי, -- און װוּהין איז אהינגעקומען דער טאַכשיט דיינער? זע 
נאָר? ער האָט דיך גאָר איז אזא צייט געלאָזט אליין האָט ער דיך 
גאָר געלאָזט? װי קומט עס עפּעס? פון אזא גרויסער ליבּע אין 
מיטן דערינען אין בּלאָטע אריין ? קום נאָר אַהער, קום. לאָמיך דיר 
כאָטש אריינשפּייען אין פּאָנים אריין פּונקט אזויפיל מאָל, יפל 
ער האָט דיך געקושט... אַנטלױף ניט פון מיר, דו אָדעסערן .. 
דו, מע זאָגט דאָך גאָר, אז דיין יאָכעלזאָן האָט ערגעץ נאָך א 
ווייבּ -- א ווייבּ מיט צוויי קינדער אף דער וועלט. װאָס-זשע?.. 
קיין מאָדיסטקע אין אָדעס האָט זיך דיר ניט געגלוסט בּלײבּן, 
א ?.. א פּילעגעש מיט זיידענע טערקישע שאלן האָט זיך דיר גע- 
װאָלט זיין ?., 

דאָס װייבּל איזן אַ שטאַלטנע, אַ בּאַװעגלעך-גרינגע אַפילע 
איצט אינעם טונקעלן לאַנגן שאַל, װאָס אָף אַלע אירע װאַרעמע 


164 


קליידלעך און אויבּער-רעקלעך -- אינעם טונקעלן לאַנגן שאַל, 
װאָס זי טראָגט איצט אומיסטן, װי פאַר אַ צײכן, אַז זי איז 
אַרעסטירט, 

אינמיטן נאַכט זיינען אַלע אירע גיכע טר עטעלעך פאַרפּראַװעט 
מיט בּייזער אומצופרידנקייט פון אַ װייבּל -- אַ פּאַרשױן; יעדער 
שפּאַן -- אַ בּערויגעז כיינדל. 

זי פּאַרגיכערט נאָך דערצו פון רעגע צו רעגע איר קונציק 
גענגעלע און װיל ניט הערן, וי שמועל װאָלציס זידלט זי-- 
עלעהיי אַ הונט בּילט. זי קוקט זיך צו אים ניט אום, 

נאָר שמועל װאָלציס טרעט פון איר ניט אָפּ און הערט ניט 
אוף צו שפּײיען קלעק: 

-- אַמער, װי האָט זיך גאָר גענומען צו ייִדן אַזאַ פראַנצי- 
װאַטע, װי דו? 

-- בּיסט'ך אַ קרעץ בּיסטו! 

-- אַן אָנקלעפּעניש בּיסטו! 

איצט קען שוין דאָס װייבּל מער ניט איבּערטראָגן. זי האָט 
טײַנעס צו די רױטאַרמײער, װאָס פירן זי און שמועל װאָלציס 
קיין קאַמינאָ-בּאַלקע, און איבּערהויפּט האָט זי טײַנעס צו פּינקען : 

-- איר זייט דאָך אַ ייד, -- מאַכט זי צו פּינקען, -- איר פאַר- 
שטייט דאָך יאַ יידיש. איז װאָס-זשע שווייגט איר? 

נאָר שמועל װאָלציס פילט, אַז די רױיטאַרמײער געפעלט גאָר, 
װי ער זידלט זי ; זיי שמייכלען אונטער בּעשאַס זי פאַרױכערן 
איינער בֹּאַם צווייטן די ציגאַרלעך און זעען גאָר אויס װי צופרידן. 
דאפקע אין דער מינוט, וען זי הייבּט אים אָן צוקלאָגן צו די 
רױיטאַרמײיער, צינדן זיך אָן אין שמועל װאָלציס אַלע געבּליטן 
ער טוט זיך אַ יאָג אין איר זײט, 

-- נאַ !--זאָגט ער, -- האָבּ קיין מוירע ניט, איך װעל דיר 
געבּן ניַט מער וי איין שפֿײ... אָט!.. שלאָגן װעל איך דיך 
ניט. זאָל דיך מיט דיין מאַן דערשלאָגן אַ דונער, פּונקט װי איר 
האָט מיך דערשלאָגן -- דו מיט דיין מעשומעד. 

-- נו, נו, נו,--שרייט אָן פונהינטן עמעצער פון די רױטאַר- 
מײיער, און נעמט אָן שמועלן הינט-אַרום פאַר די אַקסלען, -- גיין 
סטאַטעטשנע! 

נאָר שמועל װאָלציס פילט, אַז פאַר די ימל האָט מען אים 


165 


אָנגענומען גרינג, קימאַט פריינטלעך, װי גלייך מע איז אַלע אַף 
זיין זייט. ער גיט זיך דעריבּער בּאַלד אונטער: 

-- װאָסיזשע ?--פרעגט ער, קוקנדיק צום װַייבּל מיט בּייזע 
אויגן, וי אַף אויסצורייסן זי, -- איך װיל דען כאָלילע ניט גיין? 
אַװאַדע גיי איך... װאָלטן שוין אַװו געגאַנגען אַלע, װאָס 
האָבּן מיך געבּראַכט צו אָט דער שיינער פּאַרנאָסע. 

איצט דערשפּאַנט מען שטיל די לעצטע וױאָרסטן. עס קריכן 
די לעצטע פּאָר שאָ פון דער װינטערדיקער נאַכט, עס הײבּט אָן 
טאָגן. אין פעלד איז פּוסט. עס הערט זיך ניט פון ערגעץ ניט 
קיין קרייען פון האָנען, כאָטש עס װאַרט דערוף אָן אופהער דער 
צוגעװוינטער אויער, 

און נאָר פון ווייט אַקעגן, פון צװישן פיל בּערגלעך, װאָס 
ליגן אָנגעװאָרפן איין בּערגל העכער פונעם אַנדערן, זעען זיך 
אַרױס די זשאַװערנדיקע שפּיצן פון קאַמינאָדבּאַלקער טויטע קלויס- 
טערס, זיי זעען אויס אין עק האָריזאָנט, װי אַ פאַרזשאַװערטע 
שפּילצײג, אויסגעשניצט פון אייזן צי פון בּלעך. עס פינקלען 
דאָרט נאָך פון בּאַנאַכט אָן די ניט-אויסגעלאַשענע פייערלעך, און 
אויך אָט די פייערלעך, דאַכט זיך, זיינען קאַלטע, שטילע, אָן אַ 
האָנען-קריי -- פייערן, װאָס לייכטן אַרײין מיט בּאַנאַכטיקן מידאַס- 
האַדין אין גרוי-ווערנדיקן טאָג אַרײן. 


נעכע -- שמועל װאָלציס װייבּ -- איז געגאַנגען אַרום און אַרום 
הינטער די הייוער מיט די הינטערגעסלעך און אונטערן שאַל 
האָט זי געטראָגן דאָס לעצטע, װאָס זי פאַרמאָגט -- צוויי פלאַש 
בּראָנפן, 

געווען איז דאָס א טאָג דריי נאָך איר מאנס אַרעסט. 

אויבּ ז; װעט געפינען אַ קוינע אַף די צװיי פלעשער ניינצי- 
קער, װעט זי דאָס געלט איבּערשיקן שמועלן קיין קאַמינאָ-בּאַל- 
קע. עס איז אַז-אָך און-וויי מיטן געלט און אָנעם געלט,-- אין קאַ- 
מינאָ-בּאַלקע, זאָגט מען, נעמט קיינער ניט. נאָר אָן געלט איז 
דאָך אַװאַדע בּיטער. זאָלן כאָטש ליגן צוגעגרייט אַ פּאָר קערבּלעך, 
טאָמער װעט דאָרט עמעצער יאָ נעמען--זאָל כאָטש זיין מיט װאָס 
זיך צו בּעריען, 


אַפן וועג האָט זי בּאַגעגנט אַ פּאָר װײבּער, זיך אָפּגעשטעלט, 
וי בּלויז אַף צו זיפצן, אַף צו שווייגן, נאָר דאָך גערעדט װעגן 
פאַרשידענע זאַכן, 

-- די ,,בּאַנאַכטיקע* זיינען זיך צעלאָפן... 

-- אַלע. 

-- פון װאָס װעט מען איצט לעבּן אין גאָליכאָװקע? 

-- בּאַ ריווע דער שויכעטקע איז נאָך געבּליבּן איינע.- זי 
קער איר אָן אַ פריינטל. 

-- אַ מאָשל, זי איז נעכטן פאַרטאָג אַנטלאָפן -- די לעצטע. 

-- מע'ט אויסגיין פון הונגער. 

-- מע'ט זיך צעלויפן, 

-- װוּהין װעט מען לויפן ?:, 

מע האָט געזיפצט, געקוקט מיט אומעטיקע אויגן צו דער זייט, 
װאָס ציט זיך אַװעק אַף וייטע װיאָרסטן בּיז די עקסטע גרענעץ- 
דערפלעך. 

-- און עפשער האָט מען צו-פרי יע דעם קאָפּ! 

-- דאָס זאָג איך דאָך. 

-- מע זאָגט: דער דאָקטער בּאַבּיצקי... 

אַך, יאָ. אַלע גלױבּן, אַז דער דאָקטער בּאַבּיצקי ווייסט עפּעס... 
מע איז אַנומלטן געקומען מיט אַ פור אים נעמען צוּ אַ קראַנקן 
אין די עקסטע גרענעץ-דערפלעך, האָט ער דאָרט עפּעס געזעען.. 
דער טױיבּ-שטומער איז אויך מיט אים אַהין געפאָרן. אַפן אַנדערן 
טאָג איז דער טויבּ-שטומער געשטאַנען אין מאַרק צװישן די 
קרעמער. ער האָט געװאָלט עפּעס דערציילן מיט די הענט, איז 
אָנגעקומען דער דאָקטער און האָט געהייסן דעם שטומען גין 
אַהײם, 

-- ער איז געווען שטאַרק בּערויגעז, דער דאָקטער... שטאַרק 
בּערויגעז... 

-- װאָס טויג אים דאָ שטעקן אין מיטן? 

מע חאָט געשוויגן אַ אַ װײַלע און ווידער גערעדט װעגן דעם 
זעלבּן : 

-- און אין די דערפער טוט זיך עפּעס. 

-- מע זעט דען ניט? 

-- כ'מיין סאָפיאַ פּאָקראָװוסקאַיאַ ‏ מיט דער כעוורע. 


161 


-- זיי האָבּן שטאַרק אופגעהויבּן די קעפּ, 

-- און כאַפּן כאַפּט מען זיי ניט. מע זעט דאָך--כאַפּן קאָן 
מען ניט... 

איז אָט װאָס: ניט אַלע האָבּן נאָך גאָר פאַרלוירן די קעפּ 
אין גאָליכאָװקע. מע גלױבּט אין אַן אױסלייזער, װאָס װעט זיך 
איינשטעלן פאַר זיי, און װעט ניט דערלאָזן, װעהאָרײַע: אין דער 
גאַנצער געגנט, זאָגט מען, איז שוין װוידער אומרוּיִק -- אין געגנט 
טוט זיך עפּעס, 


זונטיק איז נעכע געפאָרן קיין קאַמינאָדבּאַלקע זיך זען מיט 
שמועלן. אין אונטערשטן קליידל, פאַרקניפּט אין אַ טיכעלע, האָט 
זי געפירט די עטלעכע קערבּלעך, װאָס זי האָט אָפּגעלײזט פאַר 
די צוויי פלעשער ניינציקער, 

אין מאַרק, װוּ מע האָט זיך געזעצט אַף די שליטנס, איז 
פון רעגע צו רעגע מער געשװאָלן געװאָרן דער טומל. פּוערים 
האָבּן געקנאַקט יאָדערן און געלאַכט, צוגעקוקט, װוי קרויווים -- 
מאַמעס און טאַטעס פון אַרעסטירטע --פּעלצן זיך, וויקלען זיך 
אין שאַלן, ווארפן זיך אין די פיר -- פינף פורן, שרײַען זיך 
דורך, און אַלץ אין גרויס כאַפּעניש, װי פאַר אַ צעטומלט אומקו- 
מעניש. 

אַרום צוועלף אַזײיגער, װען נעכע האָט דערגרייכט צו די קאַ- 
מינאָ-בּאַלקער טױיערן, איז דאָרט דער אַרומיקער שניייקער פּלאַץ 
שוין אומעטום געווען בּרודיק-צעטראָטן און פול מיט פורן פון 
אַנדערע אַרומיקע שטעטלעך, 

פונווייטנס האָט זיך געכאָלעמט: דאָרט איז אַ קליין װוינטעריק 
יאַרידל. פּוױערטעס פון די אַרומיקע דערפער פרירן דאָרט לעבּן 
זייערע שטעלעכלעך, װאַרעמען זיך בּאַ פייערטעפּ, 

פון לאַנגן שטיין שפּאַנען זיך אַלײן אויס די פערד און מיסטיקן 
יאַרידעװדיק-פיל אַף איינע און דיזעלבּע ערטער, 

פון לאַנגן װאַרטן אַף דער קעלט טופּעט מען מיט די פיס, 
מע בּלאָזט אין די פאַרגליווערטע פויסטן. מע װאַרעמט זיך בֹּאַ 
פאַנאַנדערגעלײגטע פייערן, 

פון לאַנגװײליקײט גענעצט מיט אַ האַלבּ מויל דער ,קוקער", 


168 


: 


|| 


װאָס אין די שװערע טױערן. פויל עפענען זיך די טױערן 
און פאַרמאַכן זיך בּאַלד װידער. 

פאַרשלאָפּענערהײט כאַפּן זיי אַרײין אַ יידענע צו איר אַרעסטירטן 
מאַן און אין צען מינוט אַרום שפּײיען זי זי פון זיך אַרױס צוריק 
אַפן פּלאַץ און כאַפּן אַרײין אַ צווייטע. פונעם ,קוקער* שרייט מען 
דאַן אַרױס; 

-- !ז2סקס03 110 !אתסמסציס 110 

דאָס צונויפגעקוועטשטע בּינטל מענטשן, װאָס קוועטשט זיך 
מיט די בּייכער צום ווידער-צוגעמאַכטן טויער, שיט זיך צוריק 
פאַנאַנדער. דעם טױערס אױסגעשפּיגענע ייִדענע רינגלט מען 
אַרום, מע צעטרעט אַרום איר שטאַרק דעם שניי. 

אויגן בּאַזוכן זי, גלייך װי דאָרט קעגניבּער די טױיערן איז 
מיט איר געשעען ניט קײן אַנשטענדיקע זאַך. מע דערפרעגט 
זיך בּאַ איר : 

-- הערט נאָר! אין קאַנצעליאַריע... 

-- אין קאַנצעליאַרי... 

-- ווער זיצט? 

נאָר די טויערן פאַרמעסטן זיך שוין אַרױסצולאָזן אַ צווייטע. 
אַ פּאַרװוּנדערט יידענע-פּאָנים קומט אַרױס פון דאָרט בּלאַס און 
פרעגט בּאַ אַלע און בַּאַ קיינעם ניט: 

-- וי געפעלן אייך מיינע ווייטיקן? 

אַרום איר שטייט שוין אַ רעדל. בּלאַסע דערשראַקענע לפּן 
דערציילן וועגן אַרעסטירטן מאַן: 

-- אַ זײיגערמאַכער... געווען... מע'ט אים שיסן...--זאָגט ער-- 
מע'ט אים שיסן. 

מע פרעגט זי אויס: 

-- װאָס האָט מען בּאַ אים געפונען? 

בּאַ דער יידענע טוען אַ ציטער די דערשראָקענע ליפּן: 

-- פּעסער... צװאַנציק. פּאַלשע, פּוילישע -- פון יענער-זייט... 

עמעצער פאַרקנייטשט מיט אומגלױיבּן זײַן בּרעם : 

-- צװאַנציק ?... פאַרװאָס עפעס פּונקט צװאַנציק? 

דאָס איז אַ פעטלעכער ייד אין אַ פאַנאַנדערגעשפּיליעטן פעטן 
שעפּסענעם פּעלץ -- א בּרייטער, מיט אַ גלאַנציק-גלאַטן שטעקן אין 
האַנט, װי אַן אַקסן-הענדלער. זיין פּאָנים איז פול מיט בּלוי-דויטע 


169 


אָדערן, וי אַן אָפּגעשונדענער הינטער-כיילעק פון אַ פריש גע- 
קוילעט ,, שטיקל". די אויגן אַף אָט דעם פּאָנים - קאַליע; די 
וויעס--צוויי רויטע, טרערנדיקע שטיקלעך װוּנד-פלייש, ער רופט 
אָפּ פון דער יידענע אַף אַ סאָד: 

-- איר האָרכט'אָך: אַ שפּיק -- דער מאַן אירער. אונטערגע- 
שיקט. איך בּין נאָר-װאָס געװען בּאַ מין זון אַף דער סװי- 
דאַניע... מיין זון האָט מיר געזאָגט. 

בּאַם גראָבּן פּינטלען אָן אופהער די רויטע שטיקלעך װוּנד- 
פלייש, בּעייס מע פרעגט בֹּא אים: 

-- עפשער איז דאָס אַ ליגן ? 

ער קוקט צום טויער און דרייט גלייכגילטיק מיט די אַקסלען: 

-- געפּױעלט, -- זאָגט ער,--עפשער איז עס א ליגן, 

איצט כאַפּט ער אַ רעכילעסל בּאַ אַן אַנדער רעדל, ניט ווייט 
פון טױער; ער הערט, װי מע רעדט: 

-- בּיידע, וי אומיסטן אין איין קאַמער. איך זאָג אייך--אן אַקציעי.. 

-- ווער ? 

-- די אָדעסער מאָדיסטקע און די בּלאָנדע. 

-- אַז זיי האָבּן בּיידע זויכע געווען צו זיין יאָכעלזאָנס װײיבּער, 
װעלן זיי שוין עפשער אויך זויכע זיין צו זיצן בּיידע אין איין 
שורע אין גאניידן, 

נאָר דער טויער האָט זיך שוין װיִדער פויל אַן עפן געטוּן און 
האָט אַרױסגעלאָזט נעכען -- שמועל װאָלציס װייבּ. בּא נעכען דער- 
פרעגט מען זיך : 

-- עס איז עמעס?-- ער זיצט טאַקע אין קאַנצעליאַריע? 
יוזי ספּיװאַק? ער שרייבּט דאָרט?... אַ? 

נאָר נעכע האָט אויסגעגלייזטע אויגן און טויטע ליפּן, זי בּרעכט 
די הענט, 

-- אוי, ער איז געל.,.. ער איז געל,--קרימט זי דאָס מױל 
מיט א קלאָג-ניגן, -- ער איז געל פון הריזאָטע:.. 

און שער איז צו וויסן אַף װעמען עס גייט: אַף יוזין, צי 
אַף איר מאַן 

אַ בּאַיאָרטער ייד, װאָס קומט אַרױס פון טויער דער צווייטער 
נאָך נעכען, הערט אינגאַנצן ניט, װעגן װאָס מע שמועסט און 
וועגן װאָס מע פרעגט בּאַ אים. ער טראָגט צװיי פּאָר בּרילן מיט 


170 


זייער גראָבּע גלעזלעך און ריידן רעדט זײיער היך און זייער 
קלאָר, װי א קאָהאָלשער גאַבּע: 

-- זעט נאָר, -- װוּנדערט ער זיך,--דאָ איז נאָך ליכטיק, 
און אין קאַנצעליאריע בּרענען שוין ליכט, וי יאָמקיפּער צו נילעי.. 

איצט װעט מען פאָרן אַהײם. נייסן, װאָס מע װעט מיט זיך 
בּרענגען : 

-- די בּלאָנדע מיט דער מאָדיסטקע זיצן אין איין קאַמער. 

-- זיי רייסן זיך דאָרט עפשער צען מאָל אַ טאָג פאַר 
די שלייערס. 

-- און די מײַסע מיט יוזי ספּיװואַקן איז טאַקע אַן עמעס. 

-- בּאַנאַכט זיצט ער גליך מיט אַלע אַרעסטירטע אין 
קאַמער, : 

-- בּאַטאָג שרייבּט ער איבּער אין קאַנצעליאַריע פּאַפּירן 

איצט איז מען גרייט צו װאַרטן א גאַנצע שטילע װאָך בּיז 
א צווייטן זונטיק. 

נאָר אינמיטן דער שטילער װאָך האָט זיך פון כאַלאָשעס 
אופגעכאַפּט א גאָליכאָװקער טאָג; פון קאַמינע-בּאַלקע האָבּן זיך 
אַהײים אומגעקערט עטלעכע אַרױסגעלאָזטע בּאַלעגאָלעס. מע לויפט 
אַף זיי קוקן, מע בּאַלענערט זייערע הייזער: 

-- װער האָט בּאַפרײט? 

-- וי אזוי בּאַפרײט ? 

די בּאַלעגאָלעס -- װי פון טוט לעבּעדיק. זייערע וויבּער פאַר- 
שרייען אַרום זיי די לופט, װי ארום מעסוקן קראַנקע, װאָס מע 
האָט נאָר-װאָס אָפּגערופן פון טויט : 

-- װאָס טויג מיר , פאַרװאָס"? װאָס דאַרף איך ,פאַרװען"? 

-- דאַנקען גאָט ! 

-- אַ לױבּ צו גאָט ! 

-- אבּי זיי זיינען צוריק אינדערהיים, 

די אַרױסגעלאָזטע בּאַלעגאָלעס װאָלטן אַ בּאַלן זיין מיטאמאָל 
צו דערפילן נאָך קאַמינאָדבּאַלקע א נייע הוט אַף זיך, --זיי וילן 
זיך צונויפלייגן, מע זאָל איצט, אינמיטן דער װאָך, הייצן צוליבּ 
זי די בּאָד. דאָס איז בּאַ זיי דער איקער. פון אַלע, װאָס שטייען 
צו זיי צו מיט נאָכפרעגענישן, ווילן זי זיך בּלויז אָפּקלעפּן : 


111 


-- נו, ,ווער"? נו, װער זאָל הייסן אַרױסלאָזן ?-- ער אַלײן, 
פיליפּאָוו. װער דען, אז ניט פיליפּאָװ ? 

-- נו, ,פאַרװאָס"? נו, ,פאַרװען*? איך ווייס פאַרװאָס מע האָט 
אַרױסגעלאָזט פּונקט אונדז ?-- ס'אַ גאָט-זאַך. קיין געלט האָט מען 
בּאַ מיר ניט גענומען. סיי-ווי-סיי: כ'האָבּ ניט געהאַט. 

עס בּלײבּט, הייסט עס, דאָך פאַר גאָליכאָװקע ניט קלאָר. װאָ- 
רעם צוריק גערעדט: 

-- טאַקע פאַרװאָס עפּעס פון אַזופיל אַרעסטירטע פּונקט זײ? 

בּאַ איינעם גליקט דאָך צו כאַפּן אַ פּאָר װערטער ועגן דעם, 
װאָס אויך פּיליפּאָוו אַלײין לעקט דאָרט אויך ניט קיין האָניק, 


ער האָט דאָרט די לעצטע טעג צאָרעס -- און טאַקע פון א פּאָר 


אייגענע: 

-- פון אַ פּאָר רױיטאַרמײער, װאָס בּונטעווען דאָרט די איבּע- 
ריקע קעגן אים, 

-- פאַר װאָס ? 

-- פאַר שלעכט עסן. 

בּאַם ציין-דאָקטער גאלאַגאַנער ציטערן דעריבּער די הענט, 
בּעייס ער שטופּט בּאַ זיך אין קאַבּינעט א שטיקל װאַטע צו א קראַנקן 
אין אַ בּאַקצאָן, בּאַ יעדן מאָל, ווען ער גיט דעם קראַנקן אויס- 
שווענקען, לויפט ער דערווייל א קוק טון אין פענצטער, צי האָט 
זיך נאָך ניט געבּיטן די מאַכט, וועלכע ער האָט פיינט, ווייל ער 
איז פון זיין יוגנט אָן געװען אן ,עס-ער". עס איז מער ניט, 
װאָס אמאָל איזן ער געװען אַ הייסער, אַ מעסוקן איבּערגעגעבּע- 
נער, עטלעכע מאָל געזעסן, און איצט --זינט ער האָט מיל- 
כאָמע-צייט געעפנט אין גאַליכאָװוקע דעם קאַבּינעט--איז ער גע- 
װאָרן אַבּיסל א געלאַשענער, -- נאָר פון דרויסן, -- דאָס פייער איז 
אַרײין אין אים אינעװוייניק--ער בּרענט: 

-- נישקאָשע,--זאָגט ער,--עס מאַכט ניט אויס, װאָס מע בּונ- 
טעװעט דאָרט איבּער אַ קלייניקייט--איבּער שלעכט עסן.., 

און פאַר וועמען עס איז גענוג א האַלבּ װאָרט, גיט ער צו: 

-- יעדער גרויסער בּונט קאָן זיך אָנהײבּן פון א קלייניקייט. 
מע האָט שוין געזעען... פֿאַרקערט, דאַפקע פון אַ קלײניקײַט. 

ער שטייט אין געהיימער פאַרבּינדונג מיט סאָפיע פּאָקראָווסקעס 
קאָמפּאַניע אין יאַנאָװע און אין אַנדערע גרענעץ-דערפער, און 


172 


: 
'" 
| 
: 


װאַרט פאַראַקשנט אַף נייס. זאָל אַפילע אַװעק נאָך און נאָך 
שטילע װאָכן ; סיי-ווי-סיי--דאָס פייער איז אריין אינעװײניק 
אין אים,--ער האָט צייט. ער װעט רוקן װאַטע אין זיינע פּאַ- 
ציענטס קראַנקע בּאַקציינער און װעט װאַרטן בּיז אַ נייער שטילער 
טאָג װעט זיך אופכאַפּן פון גאָליכאָוװוקער כאַלאָשעס. 


1173 


רא 


עס איז געווען פרייטיק. 

דער טאָג--װי א מײַכל מיט רויך; וי דער רייעך פון אַלערלײ 
מיסטן, װאָס גליען אף טשאָלנט. די שאָען--דערעסךקאַלטע, וי 
דער טשאָלנט אַלין; װי גאָליכאָװוקער אומגליק: 

-- פון װאָס װעט מען איצט לעבּן? 

אינדערפרי האָט װי אַף פרילינג א שיין געטון די זון--דער- 
פרייט די ווייסקייט אף בּאַשנײיטע דעכער. 

אַף דער ווייטער גרעבּליע האָט נאַקעט א קלאַפּ געגעבּן די 
רעדער פון א װאָגן. 

און בּאַטאָג, װען עס איז צוריק געװאָרן װינטיק-בּרודיק, 
איז פון קאַמינאָ-בּאַלקע אָנגעקומען צופוס נאָך איינער א בּאַפרײ- 
טער--אן אומגעגאָלטער, זייער ניט קיין אַרומגעװאשענער בּאָכער. 
ער איז געװען קיטיקער פון קויטיק. ער איז געגאַנגען 
איינער אליין מיט אָנגעלײיגטע ועגן, ווייט-ווייט אַרום, הינטער די 
הייזער, און טריט בּאַ טריט, גלייך מע האָט אים פון קאַמינאָ- 
בּאַלקע ניט אַרױסגעלאָזט פריי, נאָר אַרױסגעטריבּן; און אַליין איז 
ער אַ יאָסעם--אף דער גאנצער װװעלט האָט ער ניט קיינעם--ער 
האָט ניט װוּהין צו גיין, 

די בּאלעבּאָסטע, בּאַ וועמען עס האָט געקװואַרטירט יאָכעלזאָן, 
האָט אים דערזעען, בּעייס זי איז ארױיסגעגאַנגען הינטער איר 
שטובּ אויסשיטן דאָס װאָכעדיקע מיסט. זי האָט זיך געשוווירן:-- 
ווען איך האָבּ אים דערזען, האָבּ איך פון שרעק געטון אזא היכץ, 
אַז עס האָט מיך נאָכדעם אַזש אָנגעכאפּט א שלוקערץ. דאָס האָט 
זי געזאָגט שפּעטער--ווען אין שטאָט האָבּן שוין אַלע געװוּסט, אַז דער 
אַרױסגעלאָזענער בּאָכער איז יוזי ספּיװואַק, אַז געפינען געפינט ער 


14 


זיך איצט אין דער נאציאָנאַליזירטער אַפּטייק בּאַ זיין קלענערן 
בּרודער מולין -- דעם ייִנגערן פּראָװיזאָר, 

פון אַלע זייטן שטאָט זיינען אַהין געלאָפן קרויווים און 
ווייבּער פון אַרעסטירטע--כאָטש א שווייגער איז ער א מעסוקע- 
נער, יוזי. מע האָט געהאָפט אָפּנעמען דורך אים כאָטש וועלכע ניט 
איז גרוסן. עס גייט אַהין אַ קוק געבּן אויך דער צייך-דאָקטער 
גאַלאגאַנער און זאָגט אַפן װעג צו אַלע, װאָס שטעלן אים אָפּ, 
אַז ער גלױבּט ניט בּיז ער װעט ניט זען מיט די אייגענע אױגן 
נאָר אויבּ ס'איז ווירקלעך אַזױ, איז שוֹין פאַרשטענדלעך, פאַר- 
װאָס מע האָט עטלעכע טעג צוריק אַרױסגעלאָזט עטלעכע בּאַלע- 
גאָלעס : 

-- פּאָשעט, צוליבּ א טערעץ, קעדיי ס'זאָל קיין קאַשע ניט זיין, 
פאַרװאָס האָט מען עפּעס אַרױסגעלאָזט נאָר יוזין אַלײן, 

אַרום אַפּטײיק שטייט אַ גרויסער אוילעם. אין אַפּטײיק גופע 
איז שוין אויך די לופט פינצטער פון אָנגעלאָפּענע מענטשן. מע 
וויל וויסן ; 

-- װאָס טוט זיך אין קאַמינאָ-בּאַלקע? 

יוזי ענטפערט קאַלט: 

-- װאָס זאָל זיך דאָרט טון? 

מע פרעגט בּאַ אים: 

-- נו, און דער ,בּונט"?--דער בּונט פון די רױטאַרמײער? 

ער ענטפערט מיט װוּנדער: 

-- וועלכער בּונט? 

מע זאָגט צו אים: 

-- דער בּונט פאַר שלעכט עסן!+ 

מע רעדט צווישן זיך ; 

-- נו, מיילע... זאָל זיין, אַז יוזי ספּיװאַק האָט אופגעהערט 
צו פאַרשטיין, װאָס מע רעדט צו אים. 

-- האָסטו דיר !,.. א נייער יעדיד פון קאַמינאָ-בּאַלקע. 

אין גאַלאגאַנערן בּרענט דער פייער--יענער, װאָס איז אַריין אין 
איִם אינעווייניק. זיינע ליפּן זיינען בּלאַס פון קאַעס, נאָר ער האַלט 
זיך איין. ער טרעט-צו צו יוֹזין מיט שמאָל-קוקנדיקע אויגן. די 
האַנט גיט ער אים ניט; ער דאַרף נאָך אָקאָרשט ויסן, צי יוֹזי 
איז שוין איצט ניט אַזױנער, װעמען מע טאָר די האַנט שױן 


115 


קיינמאָל ניט געבּן. ער טוט זיך אָן אַ קויעך, קעדיי זיינע אקסלען 
זאָלן זיך ניט טרייסלען פןן צאָרן, 

-- נו, און שלעכטע זייטן?--פרעגט ער בּאַ יוזין, -- קיין 
שום שלעכטע זײַטן האָסטו דאָרט גאָרניט געזעען... אַלץ איז דאָרט 
גוט און װוֹיל ? נו, און װער איז אַזױנס פיליפּאָוו ... טאַקע נאָר אַ 
צאַדיק ?... אַף אַלע הונדערט פּראָצענט א צאַדיק} 

יוזי איז קאַלט. ער װאָלט אַ בּאַלן זיין, אַז גאַלאַגאַנער זאָל 
אַװעקוארפן דעם טאָן. אויבּ ער װעט װייטער צו אים אַזױ רעדן, 
װעט ער בּיכלאַל ניט ענטפערן. 

| -- פיליפּאָוו איז אַ געװעזענער אַרבּעטער פון די שאַכטעס, 
װאָס ?.. אַ רעװאָליװציאָנער ?... יאָ, אַ רעװאָליװציאָנער... אַן עמע- 
סער, -- פרעגסטו? יאָ, אַן עמעסער... אַן אייזערנער מענטש?-- 
יאָ, אַן אײַזערנער... --נו, איז דיר גוט? 

גאַלאַגאַנער קוקט אָן יוזין, אָטעמענדיק בּייז דורך דער נאָז, 
זיינע ליפּן ווערן בּלאַסער און בּלאַסער,. ער טוט זיך פּלוצים אַ 
דריי, װי לוט אַ קאָמאַנדע, און פאַרלאָוט די אַפּטײק, 

נאָר אין דרויסן צווישן אוילעם ווייסט מען שוין, אַז יוזי האָט 
געזאָגט וועגן פיליפּאָוון : ,רעװאָליציאָנער". אַן ,עמעסער", ,איי- 
זערנער מענטש". פון צװישן אוילעם שאַרט זיך אַרױס דער דאָק- 
טער בּאַבּיצקי; ער שטעלט אָפּ גאַלאַגאַנערן און שמייכלט מיט 
דער שפּיץ פון זיין נאָז, 

-- נו, יאָ, -- שמייכלט ער צו גאַלאַגאַנערן, --,אַן אייזערנער 
מענטש און אַ צאַדיק",.. ווי?.. קיין צאַדיק פון אייזן, זאָג איך, האָבּ 
איך נאָך קיינמאָל ניט געזעען.. 

ער שעפּטשעט אַרײן וועגן יוזין גאַלאַגאַנערן אין אױיער: 

-- ער ענטפערט ניט אַף דעם, װאָס מע פרעגט אים, יוזין.. 

און בּאַלד האָט ער כאַראָטע, נאָך װאָס ער האָט עס געזאָגט 
אַפילע גאַלאַגאַנערן אַפן אויער.-- װאָס דאַרף ער, אַ מענטש אַ 
זייטיקער, זיין דאָ אינמיטן ? אַז סיי-ווי-סיי שטייט זיין שטובּ אין 
עק שטאָט און קער זיך אָן מיט די אַרומיקע הייזער פונקט אַזױ 
װײיניק, װי ער קער זיך אָן מיט די אַרומיקע מענטשן. בּעסער 
װעט ער איצט גיין אַהיים און װעט, וי זיין אַלטע געויינהייט, 
אַרײנכאַפּן אַ פעסטן שלאָף איצט פאַרנאַכט, צװישן טאָג און 
נאַכט -- ער װעט שנאָרכן אַף צעלאָכעס דער בּייזער רעװאָליוצי 


176 


אָנערער װאָך מיט אַלע אירע ;צאַדיקים" און מיטן ני- 
צוגעקומענעם צאַדיק, װאָס הייסט יוזי ספּיװואַק; ער װעט שנאָרכן 
פאַר אַ סימען, אַז צװישן אים און צװוישן זיי זיינען איבּערגעריסן 
אַלע בּריקן, 


מולי ספּיװואַק -- יוזיס קלענערער בּרודער -- האָט פריער אויך 
געקערט צו סאַפיע פּאָקראָווסקעס גרוּפּע, צו וועלכער עס האָט גע- 
קערט יוזי,-- געקערט צו איר זייער שטיל, אָן לאָשן, ווייל ער איז 
בּיכלאַל בּיז גאָר אַ שטילער און בּאַהאַלט אויס פון מענטשן זיין 
לאָשן, װי איינער בּאַהאַלט אויס זיינע אויגן. 

פון דער נייער װאָך האָט ער, װי טאָמיד, געאַרבּעט אין אַפּטייק 
אין זיין ווייסן כאַלאַט, געריבּן פאַרשיידענע ,פולװערס" אין 
קליינע פּאָרצעלײַענע שיסעלעך, אָנגעטון פּאַפּירענע היטעלעך אַף 
די פלעשעלעך, אוױסגעשריבּן מיט אַ נידעריקער ריע רעצעפּטן-- 
ער האָט זייער אַ נידעריקע ריע. 

נאָר איצטיקס מאָל האָט ער עס געטון מער געהיט, וי טאָמיד, 
און מיט מוירע פאַר אַ טאָעס. איצטיקס מאָל איז זיין נידעריקע 
ריע געווען װי מער געשלאָגן, ווייל לינקס, אין זיין קליינעם 
בּאָכערשן אַפּטיק-צימערל, פון יענער זײַט פאַרהאַנגענער 
גלעזערנער טיר, געפינט זיך שוין עטלעכע טעג זיין עלטע- 
רער בּרודער יװווי און שפּאַנט דאָרט אַרום פון װאַנט צו 
װאַנט. עס טרעפט: אַרומשפּאַנענדיק, לײענט ער דאָרט אין 
דער האַלבּער פינצטער פאַרשידענע בּיכער. דענסטמאָל, דאַכט 
זיך, אַז ער גרייט זיך צו עפּעס--ער האָט אַף זיך אַ שווערן עק- 
זאַמען. 

בּאַ מוּלין איז די גאַנצע צייט אַ געפיל: אָט-אָט װעט אים זיין 
עלטערער בּרודער צו זיך אין קליינעם האַלבּ-פינצטערן צימערל 
אַ רוּף טוּן, 

פון צייט צו צייט שיקט אים אַהער גאַלאַגאַנער בּייזע גע- 
שווינדע צעטעלעך -- זי האָבּן אַלע אַ שײַכעס צו יוּזין, 

מולי לייענט דאָ די צעטעלעך אין ווייסן כאַלאַט, פאַנאַנדערײבּנדיק 
פּולװערס, אָנטוענדיק פּאַפּירענע היטעלעך אַף פלעשעלעך און מוז נאָכ- . 
דעם טײַטלען מיט אַ פינגער אין די צוגעשריבּענע רעצעפּטן און 


דדן 


לייענען עטלעכע מאָל איינע און דיזעלבּע שורע. קיין ענטפער 
אַף גאַלאַגאַנערס צעטעלעך גיט ער ניט, 

און אין נאָענטן האַלבּ-פינצטערן צימערל שפּאַנט דענסטמאָל 
אַרום מיט שטענדיקע גלייכמעסיקע טריט יּי, 

זיין פּאָנים איז פון נאָכן אַרעסט ניט אַרומגעגאָלט, בּאַװאָקסן 
מיט אַ ווילדן שװאַרצן בּוריאַן. לעבּן בּוּריאַן זעען אויס די בּאַקן 
געלבּלעך, דער שטערן -- שטאַרק געקנייטשט. זיינע שטענדיקע 
טריט -- אי זיי רופן צוּ זיך, אי זיי פאַרשפּאַרן אָן אַ שלאָס זיין 
טיר. אָפּטמאָל הערט זיך: ער שװענקט דאָרט דעם האַלדז, װי אין 
אַ טאָנעס, 

מולי רעדט וועגן יוזין מיט קיינעם ניט, הוסט מיט אַ טרוקן 
קאָל, וי אַ פּראָװיזאָר דאַרף הוסטן; בּלויז די אויערן פּלאַמען בֹּאַ 
איִם מער, װי טאָמיד -- זי פלאַמען פון גאַלאַגאַנערס צעטעלעך; זי 
פלאַמען פון אַנדערע סיבּעס, 

יוזי האָט איינמאָל--אַפן פינפטן אָדער אַפן זעקסטן טאָג פון זיין 
אַרוּמשפּאַנען -- אָנגעטון זיין סטודענטיש מאַנטל--אַן אַלטן, אַן 
אָפּגעריבּענעם (עס פעלן אַף אים פיל מער קנעפּלעך, אײידער אַף 
אַלע אַלטע מאַנטלען); ער האָט ניט געזאָגט גאָרנישט און האָט זיך 
אַװעקגעלאָזט מיטן וועג, װאָס פירט קיין יאַנאָװע. 

אין שטאָט האָט מען געזאָגט: 

-- מיסטאַמע גייט ער זיך מיסװאַדע זיין צו דער עס-ערעווקע-- 
צוּם גאַלעכס טאָכטער, 

-- ער גייט אָפּגעבּן איר כעשבּן, 

דער ציין-דאָקטער גאַלאַגאַנער האָט איבּערגעלאָזט אָן װאַטע 
בּאַ זײנעם אַ פּאַציענט אַ בּאַקצאָן און איז צו צום פענצטער. 

-- זעסט, זעסט!-- האָט ער געזאָגט, --אַ טרויער אַף אים.. 
אַ ניכנע, א?... געװאָרן פיליפּאָוס אַ ניכנעי.. 

אין עטלעכע טעג שפּעטער האָבּן זיך צו יוזין אין קליי- 
נעם האַלבּ-פינצטערן צימערל אָנגעקליבּן קימאַט אַלע פון סאָפיע 
פּאָקראָווסקעס גרוּפּע. 

געווען זיינען דאָרט: בּרידער פּאָקראַס, דער ציין-דאָקטער גאַ- 
לאַגאַנער, איינער זייער אַ געשטופּלטער קריסט מיט בּלאָנדע װאָנ- 
צעס (יענער זעלבּער, װאָס אַז ער גייט, בּייגט ער זיך, װי פון אַ 
ווינט, כאָטש קיין ווינט בּלאָזט ניט), און נאָך איינער אַ געפּאַקטער 


178 


אין אַ שינעל, אויך אַן עמעסער קריסט, נאָר מיט אַ האַלבּ-יידישן 
נאָמען. מע האָט געװאַרט אַף סאָפיע פּאָקראָװסקע; זי איו ניט 
געקומען, 

איַן צימערל איז מען געזעסן אַ גאַנצע נאַכט בּאַ ליכט און 
אויך אַף מאָרגן--בּיז שפּעט נאָך אַ האַלבּן טאָג. מע האָט לאַנג 
אויסגעהערט יוזין. און נאָכדעם האָט מען גערעדט קעגן אים--יע- 
דערער בּאַזונדער און עטלעכע מיטאַמאָל. מע האָט אים געמיש- 
פּעט--מע האָט געפירט אַ פּראָטאָקאָל. קוילעס זיינען דאָרט גע- 
װאָקסן איינס אַפן אַנדערן, זיך אָנגעװאַלגערט אַף ייס קאָל 
עטלעכע מיטאַמאָל,--בּייזע קוילעס, און בּייזער און העכער וי אַלע-- 
גאַלאַגאַנערס קאָל, -- מיטן פייער, װאָס איז אַרױס פון אינעװײיניק 
אין דרויסן,--אַ קאָל, װאָס פּאַרענדיקט זיך מיט אַ קלאַפּ אין טיש, 
מיט אַ קוויטשיקל : 

-- איז װאַרט! איז װאַרט! איז די פּראָגראַם ?,.. װוּ ‏ זשע 
האָבּן זי זי גענומען, די פּראָגראַם?,.. איז װאַרט!. פאַנאַנ- 
דערטיילן די ערד ?---ס'איז דאָך אונדזער פּראָגראַם !וו 

און טאָמיד, נאָך גאַלאַגאַנערס היסטעריש-הייזעריקן אויסגעשריי, 
ווערט ווידער צוריק שטאַרק שטיל און יוזי רעדט וידער שטיל, 
לאַנג, לאַנג בּיז גאַלאַגאַנערס אַ נייעם היסטעריש-הייזעריקן קלאַפּ 
אין טיש: 

-+ איז קום מיט דעם אין צע-קאַ!.. 

-- איז קום מיט דעם אין צע-קאַ!.. 

פונעם קליינעם צימערל שמעקט שוין מיט אַשבַּעכער, מיט 
טערפּקן מענטשן-שווייס. דער אינעװייניקסטער כאָלעל -- שטאַרק 
געדיכט און רױיכיק; אין רויך--יוזיס ניט-געװאַשן, אומגעגאָלט פּאָ 
נים, די ניט-געוואַשענע פענימער פון אַלע אין צימערל. 

דאָס לעמפּל בּרענט דאָרט אַפן טאָג, טשאַדעט, טשאַדעט. גאַ- 
לאַגאַנער שלעפּט פון דאָרט אַלע מאָל אין אַפּטייק אַרײן אַף אַ סאָד 
דעם קריסט מיטן האַלבּייידישן נאָמען; יענער גייט אים נאָך פויל 
און רעדט פויל, 

| -- נו, יאָ, -- זאָגט ער, -- כ'האָבּ דאָך פריער געזאָגט: ועגן 

אויסגעבּן האָט אַפילע ניט געקאָנט זיין קיין רייד -- קלאָר, 

גאַלאַגאַנער היצט זיך, די ליפּן ווערן בּאַ אים בּלאַסער און 
בּלאַסער, בּיז ער קרענקט אויס די ווערטער: 


179 


-- הערסט.., דאָס איז דאָך דער וייטיק... איך זאָג... 

-- װאָלט ער כאָטש האָבּן אױיסגעגעבּן! 

-- װאָלט ער כאָטש האָבּן אונדז אויסגעגעבּן !.. 

אָנהײבּ אָװנט, ווען אין הייזער האָט מען נאָך קיין לאָמפּן ניט 
אָנגעצונדן און ערגעץ אין אַ שטובּ האָט מען שוין אַ לאָמפ יאָ 
געהאַט אָנגעצונדן, איז מען אַרױס פון קליינעם צימערל, איבּער- 
לאָזנדיק אַרום יוזין די לעצטע שווער-שוועבּנדיקע װערטער: 

-- איז צו װאָס איז מען, אייגנטלעך, געקומען? 

-- צו גאָרנישט. 

-- עס בּלײבּט, וי געווען. 

-- עס בּלײַבּט גאָרניט... װאָס זאָל בּלײַבּן? 

און מע איז אין דער פינצטער זיך פאַנאַנדערגעקראָכן אין 
דער נאַכט אַרײן, װאָס שלינגט איין אַרומיקע דערפער. 

דער הויכער און געשטוּפּלטער, מיט די בּלאָנדע װאָנצעס, האָט 
איצט געהאַט צוליבּ װאָס זיך בּיינן--עס האָט געבּלאָון אַ שטארקער 
בּאַנאַכטיקער װוינט און אים אונטערגעשטופּט איינעם אַלײן צו 
די עקסטע גרענעץ-דערפלעך--אַהין, פונװאַנען פיליפּאָוו בּאַקומט די 
אומרוּיִקע ראַפּאָרטס, וועלכע ער שיקט אָפּ ווייטער. 

יוּזי ספּיװואַק איז עטלעכע נעכט איבּערגעשלאָפן אין קליינעם 
צימערל בּאַ זיין בּרודער מולין, 

עס רעדט זיך--איבּערגעשלאָפן. בּלײיענע, קאַליע נעכט--קאַליע 
פאַר ביידע בּרידער. 

בּיידע ליגן איבּערגעדעקט: יוּזי--אין שמאָלן שטאָלענעם בּעטל, 
מולי--אַף דער אַרײנגעשטעלטער קויקע. דער לאָמפּ איז אויסגע- 
לאָשן. די אויגן--בּאַנאַכטיק געשלאָסן. דער קאָפּ--בּאַטאָגיק װאַך. 

וועגן װאָס האָט מען שוין צו רעדן, אַז די ועגן צעגייען זיך ! 
איבּערהױפּט געדענקט עס מולי: 

-- װאָס איז אַזױנס אינמיטן נאַכט דאָס לײַבּ פון אַ בּאַומ- 
רוּיִקטן בּרודער, װאָס װערט בּאַשולדיקט דורך נאָענטסטע כאַ- 
וויירים, ליגט אַ גאַנצע נאַכט ניט ווייט פון דיר און מאַכט זיך, אַז 
עס שלאָפּט -- אַ לײיבּ, װאָס שטאַמט מיט דיר פון איין טאַטן און פון 
איין מאַמען... 

מולי האָט אַזאַ טעװע: 


180 


איין אויג בּלייבּט בּאַ אים שטענדיק אַבּיסל אָפן, כאָטש ער 
הײיבּט שוין אָן איינצושלאָפן. און דאָסדאָזיקע אויג זעט אין דער 
פינצטער ; עס זעט, וי יוּזיס אַלט-אָפּגעטראָפּעטער סטודענטישער 
מאַנטל ליגט איינגעקנייטשלט אַקעגן אַפן קאַסטן -- אײַנגעהויקערטן 
ליגט דאָרט דער מאַנטל אין געפאַלנקײט, וי נאָך אַן אומזיסטיקן 
שלימאַזלדיקן לאַנגן וועג, 

דעם מאַנטל פֿעלן קנעפּ--אַסאַך קנעפּ. 

און אַ הענגער פעלט אים אויך,. דער אונטערשלאַק איז שוין 
ערטערווייז נאָר פעדים אַף דער שװאַרצער װאַטע, און דער שטאָף 
אַלײן--שוין אויך אָפּגעריבּן-פעדימדיק, און דערמאָנען דערמאָנט ער 
ווייטיקלעך און אָן אופהער אָן אַ נייעם, וייטן פאָרשטייענדיקן 
וועג,--וועמענס וועג ?--דעם מאַנטלס ? דעם בּרוּדערס ?--אַלציינס,., 
ווען מע נעמט אים, אַשטײגער, אָן איצט אינמיטן נאַכט, אָט דעם 
מאַנטל, און מע װאַרפט אים אַרױס דורכן פענצטער --צו אַלדע 
שװאַרצע יאָר!.. 

צוליבּ אַ מעסוּקן-קראַנקן קאָן מען אינמיטן אַזאַ נאַכט אָנקלאַפּן 
אין אַפּטײיק. צװישן די אַפּטייק-שאַפעס, בּאַם אָנגעצונדענעם לאָמפּ, 
װאָזגעט זיך דאַן מולי צען מאָל מער, װי עס פאָדערט דער רע- 
צעפּט. ער טוט עס זייער שטיל, קעדיי יוּזי זאָל שלאָפן, אויבּ ער 
שלאָפּט, -- ער איז אָנגעטון אין ווייסן כאַלאַט, מולי, און הוסט 
דערבּיי זייער שטיל, מיט זיין צוגעוויינטן הוסטל, מיט וועלכן אַ 
פּראָװיזאָר דאַרף הוסטן,-- זאָל יוּזי איצט טון, װאָס ער וויל, מאָ- 
נעפשעך... אַז ער האָט בּאַשלאָסן, און מיט אַזאַ אײינגעשפּאַרט- 
קייט... אים קען דען עמעצער אַ ריר געבּן פון זײַן אַקשאָנעס 
אַפילע אַף אַ האָר ?.. 

נאָר איצט איז שטיל. אין אַפּטײק קלאַפּט קיינער ניט אָן 
יוזי שלאָפט, צי ניין ?.. װאָס װעט ער איצט טון, יוזי?.. אויבּ ער 
װעט אַפּילע טאַקע אוועקגיין אַהין, װוּהין אַלע מיינען, װעט ער, 
מולי, אויך דאַן אים גאָרנישט ניט זאָגן, יוזי װעט אויך מינאַסטאם 
בּיז דער לעצטער רעגע שוייגן. סיידן עפשער בּאַם אַװעקגײן, 
װעט ער צו אים, מולין, זאָגן --,נו ?* (בּעייס געבּן די האַנט).. 
כאַפּט עס דער רועך... נו, מיילע, װעט ער אַװעקגײן, יוזי... ער 
װעט דאַן אָנטון אַף זיך אָט דעם מאַנטלן.. 

די קויקע אונטער אים גיט אַ סקריפּ, בּעייס ער טוט זיך אַף 


181 


איר אַ דריי. אוב יוֹי דרעמלט איצט אַף אַן עמעס, האָט אים 
געוויס אָט דער סקריפּ אופגעװועקט. מולי בּאַהאַלט אויס זיין קאָפּ 
אונטערן צודעק. נאָר יוזיס בּעטל האָט שוין אויך געגעבּן אַ סקריפּ, 
אונטערן צודעק, דאכט זיך: די אויערן הערן, װוי יוזי האָט איצט 
אינמיטן נאַכט עפּעס אַ זאָג געטון -- צום ערשטן מאָל פאַר דער 
גאַנצער צייט. מוליס קאָפּ שטעקט זיך געשווינד אַרױס פון אונ- 
טער דער קאָלדרע, דענסטמאָל, ווען די אויערן דערהערן ווירקלעך 
יוזיס קאָל; די אויערן כאַפּן יוזיס לעצטע װערטער: 

-- אויך אַ זינדיקער... עפשער... 

-- אֵ? 

-- איך זאָג: און עפשער איז ער אויך אַ זינדיקער... װי אַלע 
מענטשן, 

-- ווער? 

-- פיליפּאָוו... 

אַ פּױזע. 

די נאַכט אין אַ קאַליע, אַ בּלײענע, דער נאַכט איז אַלצ- 
איינס, צי אַ מענטש, װי פיליפּאָוו, איז אויסער זיינע אַנטפּלעקטע 
מײַסים ערגעץ טיף אין זיך יעיצערהאָרעדיק, זינדיק. דער איקער 
איז: עטלעכע טראָגן אַ שװערן קאַסטן, און איינעם איז אויסגע- 
פאַלן צו טראָגן בּאַם ‏ שװערסטן און שאַרפן וינקל -- דאָרט, ווּ 
מע צעשניידט זיך די פינגער; איינעם איז אױסגעפאַלן ניט צו גע- 
ניסן פון דער האַנאָע, װאָס הייסט , ראַכמאָנעס", אַפילע בּאַם צע- 
שניידן די אייגענע פינגער, 

איז מיילע, -- אַזױ גלױיבּט מיט סינע צו כקירעס דער אי 
נער, -- איז װינציקער מיט איין האַנאָע אַף דער וועלט. 

נאָר דאָס האָט דאָך נאָר-װאָס איצט, אינמיטן דער נאַכט, גע- 
זאָגט ועגן פיליפּאָוון יוּזי. מולי איז בּיז גאָר צעטראָגן און דאָס 
האַרץ קלאַפּט בּאַ אים זייער שטאַרק בּלוױיז פון דעם אַלײן, 
װאָס צו אים האָט, ענדלעך, אינמיטן דער נאַכט אָנגעהױבּן ריידן 
יוזי, בּלויז פון דעם, װאָס יוזיס קאָל דערציילט אים איצט, אינ- 
מיטן דער נאַכט, וי אַזױ פיליפּאָוו האָט בִּאַם ערשטן פאַרהער בֹּאַ 
אים געפרעגט: '27עמ2200 ?410 זמף 4,, און װוי אַזױ ער, יוזי, 
האָט זיך גאָר דענסטמאָל דערמאָנט : 

-- אָנעם זיידן מאָסיס לאָדעניש מיט אַ פּאָרעץ, האָבּ איך זיך גאָר 


182 


דענסטמאָל דערמאָנט... אָן זיינע געשרייען בּאַם ראָשעשאָנעדיקן 
דאַװנען--האָבּ איך זיך גאָר דערמאָנט... 

מולי הערט און פאַרשטייט ניט : 

-- צוליבּ װאָס דערציילט עס איצט ער, דער אַקשן, װאָס 
פאַרשװוייגט די גאַנצע צייט פיל בּילכערע זאַכן? | 

-- װאָס פאַר אַ מאַשל אַהער דער זיידע? 


צוליבּ יוזין שטייט דאָ אָפט בּאַטאָג, צוגעבּונדן אין דרויסן 
לעבּן דער אַפּטײק, אַ קאַמינאָ-בּאַלקער מאָגער און געזאָטלט 
פערדל -- פּינקע וויילס פערדל. דאָס פערדל קוקט זיך דאָ אום 
קימאַט מיט מענטשישע אויגן אַף יעדן צוקומענדיקן מענטשן, צי 
יענער װעט זיך ניט װעלן אַף דעם אַרופזעצן. עס שאַקלט דאַן 
מיט די אויערן און פאָכט זיך מיטן שטאַרק-קורצן וויידל, וי אַף 
צו פאַרטרײבּן פון זיך פליגן. און פּינקע זיצט דענסטמאָל מיט 
יוזין אינעם קליינעם זייטיקן אַפּטייק-צימערל. זיין גראָמער רױטאַר- 
מײייַשע שינעל איז איצט איבּערגענייט, לוט זיין מאָס און האָט 
אַ לאַנגן שפּאַלט בּיזן סטאָן. ער זעט אויס אין איר שלאַנק, און 
עס דוכט זיך: ער האָט די לעצטע צייט מיטאַמאָל שטאַרק אַ יאָג 
געטון אין װוּקס. אַז ער קומט אַרײן צו יוזין אין קליינעם צי- 
מערל, שמייכלען בּאַ אים די אויגן -- זיי שמייכלען דערפאַר, װאָס 
אויך ער, פּינקע, האָט זיך דערװוּסט, אַז ער קאָן האָבּן אַװועלכע 
ניט איז האַנאָע אין לעבּן: טאָמיד, װוען אים קומט אויס דורכצו- 
רייטן מיט אַ פּאַקעט דורך גאָליכאָװקע, שטעלט ער זיך אָפּ 
אין שניידערשן סיטקעלע און פאַרבּרענגט דאָרט אַ היפּשע וויילע 
מיטן מיידל אינעם רויטן טשיפּעקל. דאָס מיידל שמייכלט דאָרט 
צו אים מיטן קלוגן נעזל און דערציילט אים, אַז איר בּאַלעבּאָס, 
דער שנײַדער, הײבּט שוין בּיסלעכװײַז װידער אָן צו פאַרסילען 
אַ נאָדל-- א בּריירע האָט ער? אַז ,אינדיקעס" האָט מען אופגע- 
הערט צוֹ פּעקלען איבּער דער גרענעץ,--און אַז זי מיט נאָך אייניקע 
אַרבּעטער דאָ אין גאָליכאָװקע האָבּן שוין אָנגעהױבּן עפּעס צו 
טון. עס פעלט נאָר, אַז מיט זיי זאָל אָנפירן כאָטש אַזאַ, װי יוזי 
ספּיװאַק. -- ס'איז עמעס? מע זאָגט: ער גייט אַריבּער, יוזי... צו 
אונדז? 


183 


פּינקען געפעלט זיער, װאָס װי לאַנג ער זאָל דאָרט אין 
סיטקעלע מיט איר ניט שטיין, וויפל מאָל ער זאָל דאָרט בּאַ איר 
ניט פרעגן, צי עס איז איר ניט קאַלט, װעט זי אים אַלץ ענט- 
פערן, אַז ניין--כאָטש איר פּאָנים מעג שוין זיין בּרוין און בּלאָװוו-- 
נאָר דאָס נעזל אירס איז נאָך אַלץ בּיז גאָר קלוג און שמייכלט 
צו אים. נאָך יעדן מאָל שטיין מיטן מיידל, פילט פּינקע אַ בּאַ- 
דערפעניש צוצופאָרן צו יוזין אין אַפּטײק, װי צו אַ כאַװער, און 
זיך דורכשמועסן מיט אים דאָ בּעסאָד--דערציילן אים פון קאַמינאָ- 
בּאַלקע אַזעלכע זאַכן, וועלכע ער װאָלט קיין שום אַנדער מענטשן 
ניט דערציילט. אָט, צום בּיישפּיל, וועגן דעם, װאָס עס איז שוין 
אין קאַמינאָבּאַלקע קלאָר, אַז אין די עקסטע גרענעץ-דערפלעך 
קלײיבּן זיך אָן בּאַנדעס, און אַז אָנפירן פירן מיט זי אָן 
עס-ערן, 

-- יאָ, יאָ, -- שעפּטשעט פּינקע, -- בּאַ אונדז ווייסט מען עס 
פעסט, 

און קעדיי צו וייזן, װוי פעסט, לייגט ער פעסט אַװעק 
דעם פויסט אַפן טישל: 

-- מיר ווייסן, מע האָט אונדז שוין אַפילע צוגעשיקט אַ נייעם 
קליינעם טייל -- אַ מענטשן פופצן. מיר האָבּן שוין אַלצדינג-- 
פּולעמיאָטן האָבּן מיר, גראַנאַטן. אַלע -- אַף פערד. נאָר איר מיינט, 
עס איז אַלץ גלאַט? 

פּינקע בּאַקומט פּלוצים בּיז גאָר צאָרנדיקע בּרעמען און בּייגט 
זיך צו נעענטער צו יוזין; 

-- לאָמיך אַזױ לעבּן, װי אונדזער אוילעם פוילט זיך אונטער.., 
יאָ, יאָ... פּאָשעט, מע פוילט זיך אונטער. מע האָט שוין אײינמאָל 
בּאַדאַרפט אַרױסגײן, האָט מען עס אָפּגעלײגט; מע האָט שין 
נאָך אַ מאָל בּאַדאַרפט אַרױסגײן, האָט מען עס ווידער אָפּגעלײגט. 
איך האָבּ אַפילע שוין איינמאָל געזאָגט פיליפּאָוון :--איז װאָס װעט 
זיין? לאָמיך אַזױ לעבּן, װי איך האָבּ עס אים געזאָגט. אין בּין מיט 
אים היימיש, בּין איך. איך האָבּ אים געזעען אַרומגײן עפּעס זייער 
סומנע אין הויף, האָבּ איך עס אים געזאָגט... נו, האָט ער מיר דערוף 
גאָרנישט געענטפערט. ער האָט נאָר דערזען אַ סװאָריען פון אַ 
װאָגן אין בּלאָטיקן שניי -- זייער אַ פאַרזשאַװערטן סװאָריען.--האָט 
ער זייער בּערויגעז דעם סװאָריען אופגעהויבּן. 


184 


-- ,נו, אָט, רוכעס,--האָט ער געזאָגט.--עס װאַלגערט זיך אָט 
אין שניי. און נאָכדעם, אַז מע װעט עס דאַרפן, װעט מען קוּמען 
מיט גװאַלדן, נאָכדעם װעט מען איבּערקערן װועלטן". און ער איז 
אַװעק דעם סװאָריען אַנידערצולײיגן... װאָרעם איר ווייסט, כאַװער 
ספּיװואַק,--מיר דאַרפן נאָך מענטשן. נאָר אייך דערצייל איך עס.. 
איך װעל נאָך אַרײנקומען צו אייך... איר פאָרט דען פון דאַנען 
ערגעץ אַװעק?-- װוּהין פאָרט איר ? 


נאָך יעדן פּינקעס וויזיט האָט מולי איבּעראַנײס מוירע פאַר 
אַ טאָעס אין די רעצעפּטלעך, װאָס ער גרייט אין אָפּטיק, 

פונעם נאָענטן האַלבּ-פינצטערן צימערל הערט זיך איבּער- 
אַנײיס, װי יוזי שפּאַנט אַרום פון װאַנט צו װאַנט. עס טרעפט, אַז 
אַרומשפּאַנענדיק, לייענט ער דאָרט בּיכער, און דענסטמאָל קומט 
װוידער אויס, וי יוזי װאָלט אַף זיך האָבּן אַ שווערן עקזאַמען, 

יוזי װאָלט שוין עפשער גאָר לאַנג פון דאַנען אַװעקגע- 
פאָרן אָדער אַװעקגעגאַנגען, װען ניט דאָס, װאָס ער, מולי, האָט 
גענומען זיין אַלטן אָפּגעטראָפּעטן מאַנטל און אים אַװעקגעגעבן 
אַ שניידער, ער זאָל אים אױיספאַריכטן און אים צונייען קנעפּ, יוזי 
װאַרט, דאַכט זיך, בּלויז בּיז װאַנען דער שניידער װעט אָפּבּרענ- 
גען דעם מאַנטל. נאָר מולי האָט עפּעס הינטךאַרום װי סױדעס 
מיטן שניידער, 

יוזי איז שוין אַ פּאָר מאָל אַליין אַריבּערגעגאַנגען צוֹם שנלי-. 
דער, 

-- עפשער מאָרגן, -- האָט געענטפערט דער שניידער, -- ס'איז 
דאָ בּאַ אים אַסאַך אַרבּעט. : 

און דער שנײידער האָט ניט געװאָלט קוקן יוזין אין די 
אויגן, 

יוזי איז פריילעכער געװאָרן. ער האָט אָנגעטון איין קורץ 
רעקל אַפן אַנדערן און האָט אין פאַרלױף פון עטלעכע טעג אָפט 
אַרומגעשפּאַנט איבּער גאָליכאָווקע, -- אַרומגעשפּאַנט, וי נאָר דער- 
פאַר, קעדיי צו דערװײַזן, אַז ער שעמט זיך ניט מיט די קלאַנגען, 
װאָס וועגן אים פאַרשפּרײטן די עס-ערן--פאַרקערט: ער שפּאַנט 
אָט די קלאַנגען אַקעגן. 


185 


דערנאָך האָט ער איינמאָל, ניט דערװאַרטנדיק זיך אַפן מאַנטל, 
פאַרװיקלט דעם האַלדז מיט אַ שאַרפעלע, אָנגעטון איין קורץ רעקל 
אַפן אַנדערן און איז אַריינגעקומען אין אַפּטײק, 

-- נו?--האָט ער געזאָגט צו מולין (בּעייס ער האָט אים געגעבן 
די האַנט), און געקוקט האָט ער אַף אים פריילעכער, װי טאָמיד. 
מולי איז פון דעם אַליין צעטומלט געװאָרן -- פון דעם, װאָס יי 
קוקט אַף אים פריילעכער װי טאָמיד. ערשט נאָכדעם, װען יי 
איז שוין פון אַפּטײק אַרױסגעגאַנגען, האָט מולי געכאַפּט זיין 
נייעם װינטערדיקן פּאַלטאָ, װאָס מיטן קאַראַקולענעם קאָלנער, און 
האָט אים נאָכגעטראָגן יוזין אין דרויסן אַרױס. אין גאַס האָט מען 
געזעען, וי יוזי בּייט איבּער דאָס צווייטע רעקל אַף מוליס פּאַלטאָ, 
מע האָט געקוקט : יוזי דרייט זיך אַרום אַ היפּשע ויילע,--ער 
קערט זיך אום אין אַפּטײיק, װי גלייך ער האָט דאָרט עפּעס פאַר- 
געסן, און שפּאַנט אַװעק צוריק מיטן װעג, מיט װעלכן ער איז 
ניט לאַנג געקומען. ער שפּאַנט צוריק קיין קאַמינאָ-בּאַלקע. 

עס זיינען אַװעק עטלעכע טעג. דעם אָפּגעטראָפּעטן 
מאַנטל האָט דער שניידער אָפּגעבּראַכט אין אַפּטייק אַרײַן אין יענעם 
זעלבּן צושטאַנד, אין וועלכן ער האָט אים צו זיך גענומען. דער 
מאַנטל איז געבּליבּן בּאַ מולין אין צימער, 


186 


ץא 


סאָפֿיאַ פּאָקראָװוסקאַיאַ איז אין גרויסע געליגענע שיקסע-שטיוול 
פלייסיק געקראָכן איבּער שניייקע פעלדער, װאָס צעלאָזן, צעגייען-- 
פעלדער, װאָס זיינען גרייט צו פרילינג, צו זיך פאַנאַנדערגיסן אין 
איין טייך-אויסגאָס פון יאַנאָװע בּיז גאָליכאָוקע. 

אין איר קליינער שװאַרצער צורקע, אַף די סימאָנים פון װאָג- 
צעלעך, װאָס מאַכן איר פּיסקל שװאַרץ און קלעפּיק, האָט גע- 
שמיסן אַן אױיסגעװעפּטער וינט --אַ פרייער און פייכטער, װי 
דער בּייזער אָטעם פון נאָענטע פייכטע סטעפּעס. ער האָט גע- 
שלעפערט אירע אױגן און אָנגעגליט ביז גאָר אירע אוערן 

אַרום און אַרום, בּיז די צוויי ווייטע טויטע ווינטמילן, װאָס 
העכער דעם בּאַשנײטן טאָל, איז קיינעם ניט געווען צוֹ זע 

אין בּאַשנײיטן טאָל, האָט זיך געדאַכט, האָט מען צעשאָטן אַש, 

סאָפּיע פּאַקראָווסקעס פיס אין די פרעמדע שיקסע-שטיול 
האָבּן געזונקען טיף אין נאָכגעלאָזטן שניי. אירע אַקסלען האָבּן זיך 
צופיל געוויגט איבּער איר קרומען גענגל, איבּער איר אַרױסגערוקטן 
בּייכל, װאָס מאַכט זי שטענדיק אומנאַטירלעך, שטענדיק געראָטן 
אין אַ קורצינק וייבּל אין קליין-טראָגן. 

זי האָט געטראָגן אַ פּעקעלע, פאַרמאַסקירט אין אַ טאָרבּע מיט 
קאַרטאָפּל און מיט עטלעכע איער --אַ מאַטאָנע איר בּאַקאַנטן, 
דעם גאָליכאָװוקער דאָקטער בּאַבּיצקי. זי האָט געאָטעמט זײער 
טיף, װי אַ מענטש, װאָס דאַרף גיין פיל גיכער, וי ער גייט, 
און װיל ניט, אַז מע זאָל עס ויסן. זי האָט געשאָלטן בּלױז 
מיט איר פאַרמורזעט פּיסקלס אַ קרום: 

-- רוכעס !,, 

-- עס זאָל זיי אויסרייסן! 


187 


אַרום פיר אַזײגער בּאַטאָג האָט זי דערגרייכט צו די ערשטע 
גאָליכאָווקער הייזער און האָט זיך דאָרט געשווינד אַרײינגעװיגט צום 
דאָקטער בּאַבּיצקי אין שטובּ. ‏ אירעת איגן האָבֹּן פון 
נאָכן װינט אויסגעוויזן, װי פאַרװיינט; פון אירע בּרייט-צעשווּ- 
מענע שװאַרצאַפֶּל האָט אַרױסגעקוקט זייער אַ װייטער און זייער 
אַן אומרוּיִקער נייס-פרעסער, װאָס האָט מוירע, אַז מע װעט פון 
אים עפּעס פאַרלייקענען. איר בּאַװאָנצלט פּיסקל האָט זיך אַ 
קרים געטון, דענסטמאָל, װען די בּרייט-צעשװוּמענע שװאַרצאַפּל 
האָבּן זיך צוגעקלעפּט צום דאָקטערס פּאָנים: 

-- נו, װאָס ? דאָקטער... שוין געהערט? 

איינס און צוויי האָט זי אױסגעאָטעמט פון זיך סײַ דעם 
שווערן וועג, סײַ דעם װוּנדער : 

-- ער איז דאָך אַװעק טאַקע אַהין, צוּריק קיין קאַמינאָ- 
בּאַלקע, 

זי האָט מיט שפּאַס פאַרדרייט דאָס נעזל: 

-- כככאַװער... יוזי ספּיװאַק... 

זי האָט זיך צוגעזעצט, פאַרויכערט מיט נערוועזע פינגער און 
אַ זאָג געטון צום רויך, װאָס זי צעטרײבּט מיט דער האַנט: 

-- וי געפעלט אייך? 

און װידעראַמאָל אַ טרייבּ דעם רויך: 

-- אַ ,פּאָמאָטשניק", אַ ? -- פיליפּאָווס אַ פּאָמאָטשניק... 

דער דאָקטער האָט פון פאַרגעניגן צוגעקרעכצט : 

28 יאָ, יאָ, יאָי.. ווי--ווי? 

-- נו, יאָ... דאָס איז עס דאָך--פּאָמאָטשניק... און אַזױ גיך, אַ? 

-- איינס און צוויי און דריי און אין דאַם אַרײן... געווען אַ גע- 
ריכט. ניטאָ ער ס'זאָל לאַכן. ,כככאַװערשער געריכט". פילאָסאָ- 
פיעס: ,בּאַ. וועמען האָט מען גענומען די פּראָגראַם 7*, און איך 
האָבּ געזאָגט: איך װעל נישט גיין, נישט גיין, נישט גיין... אַלצ- 
איינס: יאָ פּראָװאָקאַטאָר, ניט פּראָװאָקאַטאָר, יאָ אױסגעגעבּן, 
ניט אױיסגעגעבּן,--אָט װאָס: נעמען אַ רעװאָלװער און אים אונ- 
טערשיסן, ווייל ער ווייסט בּאַ אונדז אַלץ און גייט אריבּער צו ,זיי", 
מיר ? -- מיר האַלטן מילכאָמע... 

און זי איז אַװעק- גענומען שיטן מיט אָן שיר געטאָקטע, 
דריבּנע ריידעלען. דעם דאָקטער איז גלייך געװאָרן לאַנג- 


188 


ווייליק, די הױיפּטינײסן האָט ער שוין אויסגעהערט; זיין שפּיץ 
נאָז האָט נאָך צוריק מיט אַ טאָג צען וועגן יוזין אַ שמייכל 
געגעבן ; 

-- אַ נייער אייזערנער צאַדיק! 

דאָס איבּעריקע איז אים ניט אָנגעגאַנגען. ער האָט זיך געבּער- 
יעט מיטן אָנפאַלנדיקן דרעמל. בּלויז אין דער ערשטער רעגע מאַכט 
ער אַזאַ מינע, גלייך די מײַסע, װאָס ער הערט אויס, קאָסט אים 
געזונט -- ער ווייסט שוין אַפילע ניט, צי ער וועט אַזױ גיך צוריק 
צו די קויכעס קומען. דערנאָך ‏ װערט ער אַלץ מער און מער מיד 
און געל. 
| == אין זיין שווערן אָפּגעטראָגענעם מאַנטל זיצט ער אַקעגן סאָ- 

פיע פּאָקראָווסקע בּאַם טיש און קוקט שלעפעריק אַף איר שװאַר- 

צער רירעוודיקער צורקע, אַף איר קלאַפּנדיק פּיסקל, װאָס װערט 
פון רעגע צו רעגע אַלץ מער קלעפּיק און שװאַרץ. 

,-- דורך רעדן --בּאַמערקט ער זיך צו זיין דאָקטער -- קאָן 
אַ מענטש פון זיך ארויסװאַרפן די אופגעבּראָכנקייט". 

די אופרעגונג אין אירע בּרייט-צעשװוּמענע שװאַרצלעכער-- 
זעט ער--ווערט פאַרכאַלעשט, צינדט זיך אָן איין רעגע פאַרן אויס- 
לעשן זיך און בּרענט שוין װוידער, -- אַ פייערדיק ציילעמל קעגנ- 
איבּער מייל-ווייטע ‏ שטרעקעס. איר גלאַטינק קאָל ויגט און 
שלעפערט, וויקלט זיך אַזױ לאַנג אַרום לײַבּ, בּיז עס לויפט דורך 
אַ גרויל איבּערן רוקן. אַ ראַכמאָנעס פילט דאָך דער דאָקטער 
צו איר, װי צו אַ פאַריאָסעמט, אינזאַםס שיקסל. עו געדענקט 
אירע קינדער-יאָרן. אים, דעם דאָקטער, פלעגט מען אָפטמאָל צו 
איר קיין יאַנאָװע אַרויסרופן, זי איז דענסטמאָל אַלט געוען אַ 
יאָר ף - זי פלעגט האָבּן קאָנװוּלסיע - צופאַלן. איצט 
צאַפּלען אין איר אַלע איורים. זי קריכט אין פייער אַרין. 
זי איז פאַרבּונדן מיט דעם, װאָס עס קומט פאָר אין די עקסטע 
גרענעץדדערפלעך -- צו איר קומען פון דאָרט אָן אַלע פעדימער, 
וי צוּ עפּעס אַ מין בּאַלעבּאָסטע פון דעם גאַנצן װינקל דאָ אין 
געגנט. עס איז שוין עפשער גאָרנישט אַזױ גוט, װאָס זי קומט 
אַהער צו אים, דעם דאָקטער, אַהיים -- זי װעט לייגן דעם קאָפּ, זי 
װעט לייגן דעם קאָפּ. זי װיל גאָרניט טראַכטן, צי עס װעט 
עפּעס אַרוסקומען ... 


189 


איצט בּאַגלײט זי דער דאָקטער אַרױס. איר קאָל איז אויס- 
געלאָשן, די געטאָקטע, דריבּנע ריידעלעך האָבּן זיך אױסגעשעפּט, 
נאָר פּלוצים -- שוין אינדרויסן בּאַ דער טיר -- צינדט זיך עפּעס 
ווידער אָן אין אירע אויגן. זי טראַכט אַ וויילע... זי קוקט צום 
פינצטערן יאַנאָװער ועג, װוּהין זי װעט בּאַלד אַװעקגײן... זי 
דערזאָגט; 

-- איז ווייסט איר, דאָקטער ? איך האָבּ עס נאָך קיינמאָל 
ניט געטון... דאָ אין די דערפער... מיט אַזאַ דוּרשט--איך מיין ; די 
אַרבּעט... אַף צעלאָכעס , זיי", געוויינטלעך, אַף צעלאָכעס... 

און זי איז פלייסיק אַװעקגעקראָכן מיט אירע געליגענע שיק- 
סע-שטיוול, 


אין עטלעכע טעג אַרום האָט מען זיך אין גאָליכאָװקע דער- 
װוּסט ; 

-- צו סאָפיע פּאָקראָווסקע איז מען געקומען פון קאַמינאָ-בּאַלקע. 

-- געקומען בּאַנאַכט און זי צוגענומען. 

-- איצט זיצט זי אין קאַמינאָבּאַלקע פעסט --פעסטער פון 
אַלע אַרעסטירטע, 

צום דאָקטער בּאַבּיצקי איז דענסטמאָל פון יאַנאָװע אַראָפּנע- 
קומען די אייבּיק פאַרשלאָפּענע און אייבּיק געשװאָלענע יאַנאָװער 
גאַלעכטע. זי איז געזעסן איינע אַלײין אין װאָגן און האָט אַלײן 
אָנגעטריבּן די פערד, 

געווען איז דאָס אום שאַבּעס. אין אַ בּרודיקן בּאַטאָג. 

פוילע ווינטן האָבּן געגעסן שניי און פאַרשאָטן זײינע בּרעגעס 
מיט טונקעלן אַש. נידעריק אונטערן בּאַרג האָט מיט' שװערע 
אויסגעוועכנטע קלאַנגען געקלונגען דער קליסטער; געקלונגען 
לאַנג, װי צו אַ פּייגער, דעריבּער האָט זיך געדאַכט: די גאַלעכטע 
איז איצט געקומען אַהער נאָך אַ טרונע, נאָר עס אין שאַבּעס-- 
קיין טרונע יל איר קיינער ניט פאַרקויפן. די גאַלעכטע איז גע- 
שטאַנען אין מאַרק לעבּן איר פור, ניט ייט פון אַפּטײק; זי 
האָט געוויינט אָן אַ קאָל, מיט אַ קרום אַפן מויל און מיט גע- 
דיכטע פעטע טרערן. און אַרום, אין גאָליכאָװקע, האָבּן זיך הער- 
צער געפרייט. מע האָט געשמוּעסט: 


190 


-- סיאיז גוט אַזױ. 

-- נישקאָשע, זאָל אַ זייעריקער אויך פילן, 

מע איז געשטאַנען פונווייטנס און געקוקט אַף איר פונווייטנס-- 
גלאַט אַזױ, אָן ראַכמאָנעס. פון צייט צו צייט האָט בּאַנײיס אַ גע- 
נעץ געטון א שאַבּעסדיק פאַרשלאָפן מויל: 

-- מאָלט אייך: איר איז שוין איצטער אויך אײינמאָל גוט. 

-- דער גאַלעך, זאָגט מען, איז געליימט, 

-- פּעסטע זיך, פּעסטע זיך, גאַלעכטע! 

פון דער אַפּטײק, װאָס אַקעגן, איז אַרויסגעקומען דער דאָק- 
טער אוּן האָט זיך צו איר דערנעענט מיַט אונטערגעהױיבּענע אַקס- 
לען און מיט פאַנאַנדערגענומענע הענט, װאָס בּאַװײזן, אַז פון 
דער לעצטער האָפענונג האָט זיך אױיסגעלאָזט אַ בוידעם. 

-- נישטאָ,--האָט ער מיט בּיטערקייט אויסגעשטרעקט צו איר 
די אונטערשטע ליפּ, -- נישטאָ אַפילע קיין זייכער. 

דאָס האָט ער איצט זיך דערמאָנט אָן אַזעלכע פּילן, װאָס 
װאָלטן גוט געווען פאַר פיליפּאָוון צוריק מיט אַ פּאָר כאַדאָשים, 
ווען מע האָט אים צו פיליפּאָװן אַראָפּגעבּראַכְט. װען ער קריגט 
איצט אָט די פּילן, װאָלט ער כאָטש געהאַט אַן אָפיצעלן 
טערעץ אַף אַראָפּצופאָרן מיט זיי קיין קאַמינאָ-בּאַלקע. בֹּאַם אי- 
בּערגעבּן פיליפּאָװון די פּילן, װאָלט ער געפּרוּװװוט בּעטן פאַר 
סאָפיע פּאָקראָווסקע. 

ער איז אַבּיסל געשטאַנען מיט דער גאַלעכטע, אַ טראַכט גע- 
טון, אַ רעד געטון און האָט זיך אַװעקגעלאָזט מיט שאַרנדיקע 
פיס צו דער אַקעגנדיקער שורע הייזער. ער האָט דאָרט אָנגע- 
קלאַפּט אין טיר צו דער בּאַלעבּאָסטע, װוּ עס האָט געװוינט 
יאָכעלזאָן דער פּאָדפּאָלניק. די בּאַלעבּאָסטע האָט אים געענטפערט 
מיט גרויס װוּוּנדער, מיט אויגן, װאָס קוקן זיך אַרום מיט מוירע, 
בּעייס איר מויל לאָזט אַרױס דעם נאָמען-- יאָכעלזאָן : 

-- יאָכעלזאָן ?!... ער האָט דאָך אויסגעטריקנט... נאָך אין יעגער - 
נאַכט... בּאַלד, וי מע האָט אַװעקגעפירט ,אַהין* זיין אָדעסער מאָ- 
דיסטקע. ער איז נאָך אין יענער נאַכט אַריבּער די גרענעץ.. 
עט-עט-עט !... מע זאָגט גאָר אַפּילע : ער איז אַװעק קיין פּאַלעסטינע. 

-- אַך, יאָ... גאָר פאַרגעסן... 

דער דאָקטער האָט געמוזט מוידע זיין, אַז דער זיקאָרן איז 


191 


בּאַ אים געשלאָגן. און ער -- ער האָט גאָר געמיינט אַריסקריגן 


די נייטיקע פּילן דורך יאָכעלזאָנען פון יענער זייט גרענעץ, -- ער 
האָט שוין גאָר קיין קאָפּ ניט. 

די אונטערשטע ליפּ זיינע האָט זיך נאָך מער אַראָפּגעהאַנגען-- 
זיינע פיס האָבּן נאָך מיט מער שוערקייט גענומען שאַרן אין 
דער בּלאָטע צוריק צו דער גאַלעכטע. איצטער איז דער דאָקטער 
געווען פּאָטער---פריי, 

נאָר אין עטלעכע טעג אַרום -- דער דאָקטער איז ניט געוען 
אינדערהיים -- איז די גאַלעכטע נאָך אַמאָל געקומען צו אים אין 
שטובּ. זי האָט גאָרנישט ניט געזאָגט. זי האָט אַ זוך געגעבּן אַף 
די הוילע ווענט אַ בּילד, אַקעגן װועלכן זי זאָל זיך איבּערציילע- 
מען, און מיט אַ טיפן פרומען נויג פאַרגלאָצט די אויגן, 

-- זי האָט זיך איבּערגעציילעמט אַקעגן פענצטער. 

אַזױ האָט דער טױיבּ-ישטומער מיט אַלערלײ ווינקען דערציילט 
דעם דאָקטער בּאַלד, װי ער האָט זיך אומגעקערט פון אַ קראַנקן 
אין אַ דאָרף, | 

-- נו, גוט.,. גוט... נו, גענוג, 

דער דאָקטער האָט פיינט דעם טױבּ-שטומענס טעווע איבּער- 
צוגעבּן מיט אַלע טאַגן איטלעכס קלייניקייט; ער האָט פיינט זיך 
צו דערמאָנען אָן די פּילן, װייל װען מע זאָל זײי אים געװען 
צושטעלן צו דער צייט, װאָלט ער געװען געמוזט גיין מיט זי 
קיין קאַמינאָדבּאַלקע בּעטן פאַר סאָפיע פּאָקראָוסקע--- ער, אַ 
מענטש, װאָס קאָן בּאַ קיינעם ניט בּעטן אַפילע אַזאַ קליינע טוי- 
ווע, װי ,לאָזט מיך צורו". -- עס האָט אים געפעלט, װי אַ לאָך 
אין קאָפּ, און נאָך גראָד איצט, װוען ער האָט אונטערװעגס זיך 
דערװוּסט, אַז עס איז טאַקע עמעס : סאָפיע פּאָקראָווסקעס כעוורע 
גרייטן צו אַן אופשטאַנד אין די עקסטע גרענעץ-דערפער, און 
ניט אַף קאַטאָװעס -- היינט-מאָרגן פלאַקערט ער אוף... 

פונעם וועג איז דער דאָקטער גאָרניט געװוען אַזױ מיד, פונ- 
דעסטוועגן האָט ער זיך בּאַלד צוגעלייגט דרעמלען -- פּאָשעט קעדיי 
צו פאַרקירצן די כװאַליעס אופרעגונג, קעדיי זיך פּלוצים אופצו- 
כאַפּן און דערהערן : 

-- ס'האָט זיך אָנגעהױיבּן... 


192 


איז דענסטמאָל געווען טכילעס אָװנט, וען עס האָט זיך אָנ- 
געהויבּן, 

צום דאָקטער האָט מען פונדרויסן אָנגעקלאַפּט אין פענצטער, 
אָפּגעװאַרט און װידער אָנגעקלאַפּט. 

דעם דאָקטערס דערשראָקן געפיל: 

-- עס קלאַפּט אַ האַנט אָן אַ מענטשן, 

ער האָט פאַרדרײיט דעם לאָמפּ און איז ניט מיטאַמאָל צוגע- 
גאַנגען צום פענצטער. ער האָט פון יענער זייט שױיבּ דערזעען 
גאַלאַגאַנערס אויסגעגלאָצט אויג. דאָס אויג האָט בּאַ אים געמאָנט, 
װי עס מאָנט אַ וועקסל, און אַלץ געװוּנקען, געװוּנקען, װי צו אַ 
שוטעף. 

דער דאָקטער איז געווען שטאַרק אופגעבּראַכט, אַלעמײ מע 
קריכט שוין צו אים, װי צו אַן אייגענעם צאַד. ער האָט זיך קאם 
איינגעהאַלטן קעדיי ניט צו פרעגן: 

-- טשטאָ-טאַ-קאָיע ?1.., 

אין יענער נאַכט איז פון גאָליכאָװקע פאַרשװוּנדן דער נאַ- 
טשאַלניק-מיליציע. אין גאָליכאָװוקע האָט מען געזאָגט: 

-- גיי פאַל אַפן סייכל, אַז ער איז גאַר אויך געווען אַן אונ- 
טערגעשטעלטער -- טאַקע פון זיי, פון די עס-ערן, 

-- איצט פאַרשטייט מען שוין, פאַרװאָס ער האָט בּאַ גאַלאַ-. 
גאַנערן גאָרנישט ניט געפונען. 

אין יענער זעלבּער נאַכט איז אויך פאַרשװוּנדן גאַלאַגאַנער-- 
דער לעצטער עס-ער. 

אין שטאָט האָט מען געזאָגט: 

-- ער האָט שוין לאַנג אָפּנעקױפט אַף גיענער זייט" אַ קאַ- 
בּינעט. 

-- סאַ מאָשל... ער האָט כאָלילע קיין סייכל ניט, גאַלאַגאַ- 
נער? אִ-אָ! האָט ער סייכל געהאַט צו רייסן די הוט פאַר 
שלעפּן ציין.., 


192 


11 שת 


אין מילך-גרויען נעפּל זינקען פון קאַיאָר אָן ווילדע פייגלען, 
װי אין אַ יאַם, 

אין קאַלאַמוטנער פליסיקייט טוקן זיי זיך, װוי אין שװװערער 
בּלינדער װאַסער; זײערע אומרויקע קוילעס װאָרענען יענע, 
װאָס װאַרעמען אייער אין די נעסטן; 

-- אָפּפּליענדיק קליינע קלאַפּטער, פאַרלירט מען בּאַלד דעם 
וועג צוריק. 

אין בּלינדן יאַר, לינקס פון כוטאָר בּעלאָדקוט, רויכערן זומ- 
פּיקע גרענעץ-שטרעקעס מיט נאַסן פאַרפּייסעכדיקן דאַמף. אַ קאַל- 
טער רויכיקער שווייס בּאַדעקט דעם גאַנצן שליסל װעלדער אַרום 
מאָשנער געגנט --דעם שליסל, ווּ דער פּאָקראָווסקעס גרופּע 
גרייט דעם אופשטאַנד. טיף אין טרערנדיקן װאַלד, צוישן 
טראָפּנס -- לויטערן קרישטאָל, זעט אויס פאַרפירעריש און נײ 
יעדער סימען פון אַ וועג. אַ פריילעך הינטל לויפט דאָרט נאָך, 
וי אַף פּאָלעװאַניע, דעם בּאַלעבּאָס, און דער מענטש, וועמען דאָס 
הינטל לויפט נאָך, איז סעמענקאָ, דער הױיפּט פון סאָפיע פּאַ- 
קראָיוסקעס גרופּע (יענער זעלבּער, װאָס אַז ער גײט, היקערט 
ער זיך וי פון אַ ווינט, כאָטש קיין ווינט בּלאָזט ניט). זיינע װאָנ- 
צעס זיינען בּלאָנדלעך-רױט, זיין פאַרגאַרטלט פּעלצל -- קויטיק-געל. 
אין נעפּלדיקער װאַלד-טיפעניש, לעבּן בּוים-געװאַלגער, בּלייבּט ער 
שטיין און פייפט זיך צו, װי ער װאָלט דאָ אויסקוקן זיין פּאַי 
ראַכװיע. 

--- װאַריאַג !... וואריאַג! -- רופט ער שטיל זיין בּלאָנדזענדיק 
הינטל, 


104 


,װאַריאַג* איז אויך אַ סימען-װאָרט, -- אַ פּאַראָל פ אַר אושאקן 
װאָס דאַרף אַהער אַריבּערקומען פון יענער זייט גרענעץ. אַף אָפּ- 
געשמוּעסטן לאָשן הייסט עס : 

-- איך שטיי דאָ פון גאַנץ-פרי אָן. 

-- איך װאַרט, 


אין אויס-װואַלד, װאָס אַף ,דער זייט* גרענעץ, שמעקט דער 
כוטאָר בּעלאָדקוט, וי װאַרעם מיסט אונטער אַ קעלבּיקער קו 
דעם כוטאָרס גרעסטער געשריי -- אַ קריי פון אַ האָן. 

אין פינף געציילטע פאַנאַנדערגעװאָרפענע שטיבּלעך, אַרומ- 
געװאָקסן מיט װערבּעס, װוֹינט מען, װי אומיסטן איינער צום 
צווייטן מיטן רוקן. אַלע אין בּעלאָדקוט האָבּן איין פאַמיליע: 

-- לוקאָיאַן. 

עס דאַכט זיך: טאַקע דערפאַר װויל דאָ קיין איין בּעלאָדקו- 
טער ניט וויסן פונעם אַנדערן. כּרעגט זי בּעכיירעם, צי זיי האָבּן 
זיך אַמאָל אָנגעקערט קרויווים, צי ניין. 

דער ייִנגסטער פון אַלע דערװאָקסענע לוקאָיאַנס-- קוזקאָ-- 
האָט געענדיקט אַ פירקלאַסישע שול, געווען מילכאָמע-צײט אי אַ 
פּרייוויליקער פון דער צווייטער מאַדרײגע, אי אַ דעזערטיר, אַזעל- 
כּער, װאָס װעט שוין שטענדיק לעבּן אָן אַ ײב און אָן קרוי- 
וים. זיין עלטערער בּרודער אַנטאָן, אָט-אָ דער, װאָס האָט מיל- 
כאָמע-צייט פאַרלוירן די רעכטע האַנט, האָט קוזקאָן פיינט. 

-- נעדעליבּאַ, -- רופט ער אים, 

דעם פּשאַט פון אָט דעם װאָרט, ווייסט בּלויז אַנטאָן אַלײן, 

פון קוזקאָן שמעקט מיט שוּװואַקס, מיט שטאָטישן פּלױדער- 
זאַק, מיט פוילן ניט-צורירן-זיך צו בּאלעבּאַטישקײט. ער כאַװערט 
זייך מיַט סעמענקאָן, דעם הױיפּט פון סאָפיע פּאָקראָווסקעס גרופּע, 
ער איז אַלײן אויך פון דער גרופּע; ער האַלט אוף סעמענקאָן 
פון מיטן ווינטער אָן בֹּאַ זיך אין דער האַלבּער כאַטע, רויכערט 
בּעשוטפעס מיט סעמענקאָן גוטן, עמעסן טאַבּעק, לעבּט פון סע- 
מענקאָן, װי פון אַ קעסט-קינד. איצט געפינט זיך בּאַ קוזקאָן אין 
דער האַלבּער כאַטע נאָך איינער -- דער עלטערער פון די בּרידער 
פּאָקראַס. ער איז אַהער געקומען בּאַנאַכט; ער װאַרט אַף סעמענ- 


195 


קאָן, װאָס איז אַװעק אין װאַלד בּאַגעגענען אושאַקן; ער פילט 
זיך ניט איבּעריק גוט, װייל ער איז אַ ייד, און אושאַק איז בּאַי 
בּלוטיקט מיט פּאָגראָמען, אַסאַך, גרויסע (די גרעסטע אין זיין 
היימישער געגנט). שוין עטלעכע כאַדאָשים, אַז ער האָט געמוּוט 
אויקער-זיין אַף יענער זייט גרענעץ. זיין בּאַנדע, װאָס איז מיט 
אים אַריבּער -- עטלעכע אוֹן דרייסיק -- אַרבּעטן דאָרט בּאַ די 
אַרומיקע פּריצים, נאָר ,סאַ קלייניקייט -- אַזױ זאָגט ער: אַלע 
האָבּן זיי װאָפן און זיינען גרייט צו יעדער צייט". ,סע ניט קיין 
איבּעריקע מײַלע -- דאָס װאָס ער האָט געמאַכט פּאָגראָמען, -- אַזױ 
האָט מען וועגן אים בּאַשלאָסן אין דער גרופּע --נאָר יעדנפאַלס, 
מע מעג דאָך אויסהערן, װאָס האָט ער פאַר פּלענער"... 


אַנטאָנס װייבּ-- אַ קלעצלדיק-בּייזע קאַרנאָסע גויקע -- האָט 
אַ גאַנצן פרימאָרגן געשלאָגן איר עלטער שיקסעלע מיט אַ פוס. 
דאָס קלענערע צװיי-יאָריקע קינד, װאָס זיצט בּאַ איר אין מעוּי 
בּערוסן שויס, האָט זי געבּויכקעט מיט די פויסטן און דערביי 
געכאָרכלט מעסוקן בּייז צו אַנטאָנען: 

-- אָט-אָט, שוין גאָר אינגיכן... ער װעט זיך אָנרײסן דער 
נעדעליבּא דיינער! מע שמעקט שוין אהער פון קאַמינאָדבּאלקע... 
געווען נעכטן אַ ראַזיעזד אין האַרנע... 

בּאַ אַנטאָנען איז געװען רעכט, עס זאָל קוזקאָן אויסרייס. 
ער האָט געשאָלטן צווישן די ציין און האָט ניט געװוּסט װעמען: 
עפשער קוזקאָן, און עפשער פאַר איין וועגס טאַקע שוין אויך זי, 
די אייגענע וייבּ זיינע - אַ קליפּע זאָל ניט פאַרשטיין, אַז עס איז 
גאָר בּעסער אַזױ... אַדעראַבּע, זאָל מען קומען פון קאַמִינאָיבּאלקע 
און קוזקאָן שיסן... װעמעס אייסעק איז עס?,.. ער האָט ארופגע- 
װאָרפן אַף זיך די סוויטקע אָנעם אַרבּל און איז אַרױס פון שטובּ 
מיט קאַעס. אין עמעסן איז ער געגאַנגען אַ קוק געבּן צו זיינע 
פעלדער -- צו יענע פעלדער, װאָס אַז מע װעט שיסן קוקאָן, 
װעלן זיי שוין קערן נאָר צו אים, אַנטאָנען אַלײן. די פעלדער זיי- 
נען געווען עמעסע, פעטע, געמיסטיקטע, צוגעגרייטע צו פרילינג- 
צו -- זי האָבּן געבּענקט איניינעם מיט אים און זיך ניט געקאָנט 
דערװאַרטן.., 


196 


פונדאָרט האָט ער אַװעקגעשפּאַנט װייטער מיטן װעג. האַרט 
בּאַ די פריש-געמיסטיקטע פעלדער, װאָס הינטערן קליינעם דערפל 
האַרנע, האָט ער דערזעען דעם מיטליאָריקן מעשוגענעם פעדקען-- 
ער זיצט אַף אַ הויפן מיסט און היט פון ווייטנס זיין נעץ, װאָס 
איז פאַרשפּרײט אַף צו כאַפּן ווילדע טױבּן; די אויגן זיינען בּאַ 
פעדקען פרום געשלאָסן און די ליפּן שעפּטשען אַ שפּרוך, די 
טױיבּן זאָלן װאָס גיכער קריכן אין דער נעץ. בּאַ פעדקען האָט 
זיך אַנטאָן דערװוּסט וועגן דעם קאַמינאָדבּאלקער עראַזיעזה": װאָס 
איז נעכטן פאַרפאָרן קיין האַרנע: 

-- געווען און אַװעקגעפאָרן. 

-- װוּהין, פעדקע ? 

-- שטער ניט, 

פעדקע האָט צוריק צוגעשלאָסן די אויגן און האָט צוריק אָנ- 
געהױיבּן שעפּטשען. רעכט-מעשוגע און אָפּגעריסן איז ער געוען 
בּלויז אַ כאַדאָשיִם דריי אין יאָר, אום זומער. דענסטמאָל האָט פון 
אים גערונען שווייס אַף אַלע יאַרידים, ער האָט טיף אין צערי- 
סענעם הױיזן-טאַש אַרומגעטראָגן אַ פוס-בּיין פון אַ קוּ און זיך 
געשוווירן, אַז עס איז אַ בּיין פון אַ מענטשן,. איצט אָבּער איז 
ער, װי טאָמיד צו פרילינג-צו, געווען אָרעם אױסגעלאַטעט און 
אַפּילע פּלוידערדיק-דורכגעטריבּן, גרייט מיט אַלע קאַשערע און 
ליגנערישע וועגן צו פאַרדינען אַ לעבּעדיקן גראָשן. אַנטאָן האָט 
זיך צוגעזעצט אַפן בּערגל מיסט, אָפּגערוּט אַבּיסל און אַ זיפץ 
געגעבּן, זיך דערמאַנט אָן די פעלדער, װאָס בּענקען איניינעם 
מיַט אים און קאָנען זיך ניט דערװאַרטן... 

-- הערסט דאָך אַ מײַסע,--האָט ער געזאָגט, -- מע װאָלט אין 
קאַמינאָדבּאַלקע דערפאַר גוט בּאַצאָלט... ווען מע קומט נאָר אַהין 
און מע גיט איבּער, אַז מע האָט אַליין געזעען, אַז מע איז אַליין 
פון דאָרטן.., 

און ער האָט דערציילט אַלץ, װאָס בּאַ קוזקאָן אין דער האַל- 
בּער כאַטע טוט זיך, אַלץ, װאָס ער ווייסט װעגן מאָשנע, ועגן 
פאַרכאַפּן דאָרט דעם , קאָמבּעד", 

-- אָט קאָן מען אָפּלעקן אַ ביינדל,--האָט ער פון הינטן גע- 
טאָרקעט פעדקען מיט אַן עלנבּויגן, -- ניט דאָס, װאָס זיצן דאָ 
און אָפּשפּרעכן די טויבּן... בּוץ איינער ! 


197 


אַנטאָן האָט זיך אומגעקוקט: 
בּאַ פעדקען שעפּטשען מער ניט די ליפּן: די אױגן קוקן אין 
ווייטן פעלד און פּינטלען, פּינטלען... 


אושאַק האָט בּאַװיון אַ קונץ: 

צום אָרט אין מיטן װאַלד, װוּ סעמענקאָ האָט אַף אים גע- 
װאַרט, איז ער געקומען פון יענער זייט גרענעץ ניט צופוס, װי 
מע האָט געקאַנט װאַרטן, נאָר רייטנדיק אַף אַ פערדל. זיין שװאַר- 
צע קאַװקאַזער בּורקע, װאָס אָן די אַרבּל, האָט מאַלכיש בּאַדעקט 
דעם פערדלס רוקן, אַזש בּיז צום ויידל. זיין קאַראַקולן מיצל 
איז געזעסן בּיז גאָר שעלמיש אָן אַ זייט. זיינע לאַנגע דיךאַראָפּ 
געהאַנגענע װאָנצעס האָבּן פייכטערהייט זיך אַ ריר געגעבּן אַף צו 
טוּן אַ שמייכל, נאָר די אַראָפּגעלאָזטע מיידלש-רויטע ליפן האָבּן 
בּלױז געמאַכט אַ בּאַװעגונג פון אַ פיש; צעשמייכלט האָבּן זיך 
גאָר צוויי שפּילקע-קעפּלעך טיף אונטער די ארויסגערוקטע כיינדל- 
דיק-בּאַװאָקסעגע בּרעמען: 

-- נו, װאָס ? 

צוזאַמען מיט די צעשמייכלטע בּרעמען האָט דער ;,נו, װאָס" 
געהאַט צו זאָגן ; 

-- װאָס זאָגסטו שוין, וי איך האָבּ דאָ אַף אייער זייט ,מױי- 
רעי? -- מאַמעש איך , ציטער". 

-- איך אַז איך זאָג צו קימען, קום איך, 

-- און איר ?... בּאַ אייך קלייבּט מען זיך נאָך אַלץ, װאָס?-- 
איר טוט איין זאַך: איר , אייצעט" זיך... 

דער קורצער פאֲַרקלעפּטער בּריוו, װאָס די עס-ערישע גרופּע 
,אַף יענער זייט" האָט מיט אים צו סעמענקאָן צוגעשיקט: 

,ער האַלט זיך פאַר אַן עס-ער", 

,אַ געוועזענער פאָלקס-לערער", 

,ער האָט שוין עטלעכע מאָל אָנגעבּאָטן אַרבּעטן איניינעם, 
מע האָט בּאַ אים געפרעגט אַף װעלכע יעסױדעס?-- ער האָט 
געענטפערט: ,סאַ אַ שפּעטערדיקע זאַך, צװישן זיך װועט מען 
אויסקומען". זיין לעצטער אָנבּאָט: אָנפאַלן אין מיטן נאַכט 
אַף קאַמינאָבּאלקע". 


198 


אין דער קורצקייט פונעם בּריוו, אין דעם, װאָס ער איז גע- 
שריבּן אָבּיעקטיוו-טרוקן און אָן שום רעקאָמענדאַציעס, האָט סע- 
מענקאָ דערפילט די סאָלידע לייטישקייט פון זיינע כאַװיירים, װאָס 
אַף ,יענער זייט", און בּעמיילע אויך -- די סאָלידע לייטישקייט פון 
זיך, סעמענקאָן אַלײן -- דעם אָנפירער מיט דער גרופּע, װאָס אַף 
,דער זייט"; און ווייל ער האָט זיך דערפילט סאָליד-לייטיש, האָט 
ער אויך דערפילט, אַז אין איין צייט מיטן בּליק, װאָס ער כאַפּט 
אַף אושאַקן, איז ער אויך מעכויעוו לייטיש-סאָליד װעגן אים אַ 
טראַכט צו געבּן : 

,בּאַבּלוטיקט ‏ בּיסטו, גוטער בּרודער, דאַכט זיך שין 
אַבּיסל צופיל אַפילע פאַר אַ צייט פון בּירגער-קריג", 

און ווייל ער האָט בּאַ אָט דעם ערשטן געדאַנק זיך דערפילט 
אָן אַ פאַרגלייך ריינער און העכער פון אושאַקן, האָט זיך דעריבּער 
שוין פון זיך אַ טראַכט געגעבּן וועגן אושאַקן דער צווייטער געדאַנק; 

,מיט דיין גאַנצן בּאַנעמען זיך דערמאַנסטו מיר אָן א בּאַנ- 
דיט עפעס גאָר, גאָר פון אַמאָליקע צייטן...* 

ער האָט אים גענומען פירן צו קוזקאָן אין דער האַלבּער 
כאַטע -- אַ גרויס צימער מיט אַ פאַרפּייסעכדיק אָנגעהײצטן בּאַק- 
אויוון אין ווינקל און מיט אַ פינצטער קאָרידאָרל אַף יענער זייט טיר. 

בּאַם אַרײנקומען האָט אושאַק אַ פרעג געגעבּן: 

-- און בּראָנפן קאָן מען קריגן? 

קוזקאָ האָט געענטפערט לעבּעדיק, װי אַ ,דיענשטשיק": 

-- אין האַרנע... סאַמאָגאָן. 

און ער איז אַװעק בּרענגען. 

מיטן בּליק, װאָס סעמענקאָ האָט פאַרבּײגײענדיק געטוּן אַף 
פּאָקראַסן, איז ער אויסן געווען אים צוּוויסן געבּן וועגן זיין לֵיי- 
טישקייט -- זאָל פּאָקראַס וויסן, אַז ער טראַכט: 

,דער איינדרוק איז אַזױ זיך... ניט גאָר װאַזשנע"... 

-- נו יאָ,--האָט ער האַרטנעקיק און קאַלטלעך אָפּגעענטפערט 
אושאַקן, -- מיר גרייטן זיך, מע טאָר ניט כאַפּן. מע מוז אָנהײבּן 
מיט אַ סיידער, 

-- אָט-אָט-אָט.., 

אושאַק דערלאַנגט שיר ניט מיט דער האַנט די נידעריקע 
סטעליע, בּעייס ער שאַרט אַראָפּ פון קאָפּ זיין מיצל; 


199 


-- ,מיט אַ סיידער",--זיפצט ער אָפּ;--דאָס ריכטיקע װאָרט... 
דאָ איז טאַקע די גאַנצע מאַקע. מיט דעם האָט מען זיך בּאַגראָבּן, 
אַלע, אַפילע פּעטליוּרע -- אויבּ , בּירגער-קריג", איז װאָס מיר 
,סיידער" ?... סע ניט קיין סטראַטעגישע מילכאַמע מיטן דייטש. 
די בּאָלשעװיקעס, אַ רוכ'ן זייער קישקע, האָבּן עס גוט אַריינגענו- 
מען אין קאָפּ: דער איקער איז, ניט צו דערלאָזן, אַז בּאַ דיין 
סוינע זאָל ווערן אַ סיידער און אַזױ לאַנג, לאַנג בּיז איינער דעם 
אַנדערן װעט מיד מאַכן, װאָרעם אַז איינעם װעט זיך איינגעבּן צו 
מאַכן אַ סיידער, איז דאָס שוין אַ מיעסע מײַסע, אַף לאַנג. מע 
דאַרף האָבּן מויעך אָט דאָ-אָ... אין קאָפּ, 

דערנאָך האָט ער פּלוצים אופגעהערט אַרומצושפּאַנען, צאַ- 
מענגעצויגן די אויגן, בּאַקוקט סעמענקאָן. 

-- אויסטרינקען,--האָט ער אים אַרײנגעזאָגט אין אויער,--וועט 
זיין ?... איז גוט.., 

און סעמענקאָ האָט פּלוּצים דערפילט, אַז אושאַק האַלט זיך 
אַסאַך העכער פון אים מיט זיין גאַנצער גרופּע און מיט זיין לײַ- 
טישקייט, 

ס'האָט זיך גיך אַרױסגעװיזן, אַז קיין סוידעס אױסצוזאָגן האָט 
ער ניט, קיין בּאַזונדערע פּלענער -- אויך ניט. אין פינצטערן קאָ- 
רידאָר האָט סעמענקאָ אַ שעפּטשע געטון פּאָקראַסן; 

-- ס'איז ניט דאָס... 

געשוויגן אַ סעקונדע און אַ מאַך געגעבּן: 

-- אַ בּאַנדיט... מע איז אַפילע ניט זיכער, אַז ער האָט עמעצן 
הינטער זיך, 

מע איז אַ וויילע געשטאַנען אין דער פינצטער, 

פּאָקראַס האָט געפרעגט: 

-- צו װאָס-זשע דאַרף מען אים דאָ? 

אַ פּויזע. : 

סעמענקאָ האָט געענטפערט : 

-- װועט ער זיך פאָרן צוריק. 

און מע איז אַרױס פון קאָרידאָרל מיט בּאַנייטער מעיושעוודי- 
קייט. פּאָקראַס איז אַװעק קיין בּראָזשע און קיין פּאָדרװעסאָקע צו 
פּויערים, װאָס האָבּן צוגעזאָגט צוצושטיין, 


200 


אַרום האַלבּער נאַכט האָט מען אָנגעקלאַפּט צו קזקאָן אין 
כאַטע -- אַף צוויי פורן האָט מען געבּראַכט געװער. די שאָען 
האָבּן גענומען אונטערשפּרינגען; דער געבּליבּענער שלאָף- בּיז 
גאָר אַ קורצער--האָט שוין געקערט צו די מאָרגנדיקע געשעענישן: 

-- מאָרגן אין דער צייט װעט שוין זיין פאַרכאַפּט דער קאָמ- 
בּעד אין מאַשנע. 1 

נאָר אַף מאָרגן האָט דער טאָג זיך געגעבּן אַ שרומפּ-אײן 
און האָט גלייך פאַרלאָרן זיין ערשטע האַלבּ. 

אַרום איינס אַזײיגער האָט קוזקאָ זיך נאָך אַלץ ניט געהאַט 
אומגעקערט פון ווייטן אָרט אין װאַלד, װוּ עס האָבּן נאָך גאַנץ 
פרי זיך בּאַדאַרפט צונויפקומען אייניקע בּאַװאָפּנטע מענטשן, בֹּא 
קוזקאָן אין דער האַלבּער כאַטע האָט דאַן אושאַק פון פרימאָרגן 
אָן געטרונקען גאַנצע גלעזער און אַפילע ניט געטראַכט אַװעקצו- 
פאָרן. ער האָט פאַרזיכערט, אַז ער איז אַ מאַזלדיקער: 

-- מיט מיר, גו:ע בּרידער, איז נאָך קיינמאָל קיין בּייז ניט 
געשעען... 

זיין צוזאַמענגעצױיגענער בּליק איז דערבּיי געװען פול מיט 
רעמאָזים, אַז מע בּאַהאַלט דאָ עפּעס אויס פון אים, אַז מע ויל 
אים בּאַלײידיקן, נאָר עס װעט ניט געראָטן: 

-- יעדערער, וגער עס וויל מיך בּאַלײדיקן, האָט אַ מיעסן 
סאָף... װאָס ?... -- האָט ער אָנגעכאַפּט דעם פאַרבּייגייענדיקן סע- 
מענקאָן און אים אַרומגענומען, -- כ'האָבּ אַ טאָעס ?.. נו, איז גוט.., 
האָבּ איך גאָרנישט ניט געזאָגט... 

צעכראַסטעט, פול אָנגעגאָסן מיט קראַפט פון אַ געזונטן זאָ- 
כער, װאָס האָט דאָ ניט אַף וועמען זיינע גלוסטענישן אויסצוגיסן, 
האָט ער מיט צערטלערייען, וי צו נעקייוועס, זיך געטוליעט צו 
יעדן מאַנסבּל, אַזױ אַז אַלעמען האָט דערפון געעקלט, װי גלייך 
ער װאָלט שלעפּן צו מישקאָװ-זאָכער. ער האָט אַלץ פילפּענימדיק 
פאַרזיכערט ; 

-- ס'אַ געלעכטער !.., 

אַרום דריי בּאַטאָג האָט דער עלטערער פּאָקראַס געבּראַכט 
פון בּראָזשע אַ שלעכטע בּסורע: 

-- מע האָט געענטפערט: ,זאָלן אָנהײבּן די מאָשנער-- מירן 
צושטיין נאָכדעם", 


201 


פון װאַלד איז געקומען קוזקאָ מיט געציילטע מענטשן -- פיל 
װײיניקער, װי מע האָט גערעכנט, 

סעמענקאָ איז אַרײנגעקומען צו אושאַקן און אים פאָרגעלייגט, 
ער זאָל פאָרן צוריק צו זיך, אַף ,יענער זייט" -- אַז מע װעט אים 
דאַרפן, װעט מען אים געבּן צו וִויסן, 

אושאַק האָט ניט געהערט -- ער איז געווען טויט-שיקער. פון 
אונטער זיינע אָנגעשװאָלענע בּרעם-בּיינער זיינען אַרױסגעקראָכן 
די צוויי שװאַרצע שפּילקע-קעפּלעך, זיך אויסגעגלאָצט, זיך אָנגע- 
גאָסן און זיך צוגעשלאָסן; זיין שלעפעריקער קערפּער האָט פאַר- 
קלייסטערט זיך געגליטשט פון שטול, זיין פּאָנים מיטן נאַסן 
טשובּ און מיטן נאַסן מויל האָט זיך געבּאָמבּלט אָן אַ זייט. ער 
האָט געכאָרכלט : 

-- סאַ געלעכטער !י.. 

לענגער זיך װאָזגען מיט אים איז ניט געבּליבּן קיין צייט, 
אין דרויסן איז שוין געווען אַװנטיק-טונק;. עס האָט געשאָטן 
זייער אַ גראָבּער און זייער אַ נאַסער פאַרפּייסעכדיקער שניי-- 
מע האָט געמוזט װאָס גיכער אַרױספאָרן, קעדיי אין דער בֹּאַי 
שטימטער שאָ אָנקומען קיין מאָשנע, װאָס ליגט אַ װיאָרסט פופצן 
אין מיטן װאַלד, און זיך דאָרט בּאַגעגענען מיט דער צװוייטער 
גרופּע, װאָס מיטן געװעזענעם גאָליכאָװקער מִיליציע-נאַטשאַלניק 
אין שפּיץ. 

מע איז געפאָרן אַהין מיטן װאַלד און זיך איינגעהערט צום 
סקריפּען פון בּיידע שווערע װאָגנס, אין שטאָקיפינצטער האָט מען 
די גאַנצע צייט געהערט, וי ערגעץ זייער ווייט, אין טיפן װאַלד 
שיסט מען איינציקווייז, אָפּגעריסן, װי עפּעס זייער פאַרטראַכט; 
מע האָט אַף די װאָגנס גערעדט צוישן זיך; 

-- עפשער אושאַקס בּאַנדיטן?... זיי היטן אים,. 

-- אָדאָ!... ער איז בּאַ זי טייער. 

-- טאָמיד, אַז ער פאָרט אַריבּער די גרענעץ, פאָרן אים אַהער 
נאָך צוויי אָדער דריי -- אַזױ זאָגט מען.. 

בּאַ קוזקאָן אין דער האַלבּער כאַטע האָט אוּשאַק זיך אופגע- 
כאַפּט אינדערפרי אַ ניכטערער און דערזעען, אַז ער איז איינער 
אַלײן, ער האָט געמאַכט אַ גװאַלד; קיינער איז ניט אַרײנגעקו- 
מען. ער האָט גענומען אַלע מאָל אַרױס-און-אַרײנגײן, קלאַפּן 


202 


שטאַרק מיט דער טיר און ווידער אַרײנגײין. אין דער צװוייטער 
האַלבּער כאַטע האָט די קאָרנאָסע אַנטאָנעכע געריסן שטיקער פון 
איר מאַן : 

-- גיי אַרײין צו אים, אַ כאָליערע אַף דיר... ער װעט דאָרט 
צעטראָגן די שטובּ, װעט ער צעטראָגן. 

אַנטאָן איז געוען בּיז גאָר אין קאַעס, װאָס זי שטופּט זיך אוּ- 
מעטום, אָט די בּאַבּע זיינע -- איר אײיסעק! ער האָט איר סאָפ- 
קאָלסאָף אָפּגעלאָוט אַ פּאָר סטאָסאַקעס טאַקע דאָרט לעבּן פַּרי- 
פּעטשיק, װוּ זי פּאָרעט בּאַ די טעפ אַף די הייסע קולן, און 
אַלײן איז ער אַװעק אין שפּײיכלער, פאַרמאַכט נאָך זיך די טויערן 
און גענומען קוקן דורך אַ שפּאַלט אין הויף אַרײן --- אושאַק, האָט 
ער געזעען, קומט אַלע מאָל אַהין אַרױיס פון שטובּ, צענעמט די 
פּאָלעס, װי אַ שיקערער, מאַכט אַלעמאָל אַ נייעם ,אַשער-יאָצער* 
פון נאָך דעם בּראָנפן, װאָס ער האָט נעכטן זייער פיל געטרונ- 
קען, און בּעשאַס-מײַסע שאָקלט ער זיך און האַלט אין איין מאַכן 
אין דער-מאַמען-אַרײין אַלע עס-ערן, װאָס האָבּן אים בּאַלײדיקט 
און אָפּגענאַרט: 

-- װאַרט -- װאַרט,--דרייט ער אָן אופהער דרײגאָרנדיקע און 
פירגאָרנדיקע, -- איך װעל אייך בּאַװײַזן, סוקינע-סינע!.. איך װעל 
אײַך בּאַװײַון. אירט מיך האָבּן צו געדענקען. 

עס הײבּט שוין אָן נאַכט װערן. דענסטמאָל זעצט ער זיך אין 
זיין קאַװקאַזער בּוּרקע אַף זיין פערדל און, דרײענדיק אָט די 
קלאָלעס, לאָזט ער זיך אַװעק צוריק אַף יענער זײַט" גרענעץ. 

-- װאַרט -- װאַרט,--דרייט ער די דרײַגאָרנדיקע, -- איך װעל 
אײַך בּאַװײַזן, סוקינע-סינע !.. 


203 


אותא 


בּלוטיקע סרייפע-פלעקן זיינען צו פאַרנאַכט-צו געהאַנגען אין 
דער װײַטער כמאַרע, װאָס צו דער גרענעץ -- פייערדיקע מילכאָ- 
מע-פלעקן, 

פון גאָליכאָװקער מאַרק האָט מען אַהין געקוקט. פון גאַס איז 
געקומען צו לויפן דער טויבּ-שטומער, זיך געבּויגן, געבּלאָזן און 
בּאַװיזן דעם דאָקטער מיט אַלערלײ װוּנקען: 

-- דאָרט, אין אַ דאָרף... 

עפשער האָט ער געמיינט; 

-- סרייפעס ! 

און עפשער ; 

-- געשלעגן... מע זאָגט... 

איינער פונעם טויבּ-שטומענס כאָרכלען : 

-- עס-ערן... 

דעם דאָקטערס פּאָנים איז זוערלעך-פאַרקרימט -- מיט אָט 
דעם װאָרט װעט אים דער טױיבּישטומער אומבּרענגען. 

-- נו, גוט, -- בּעט ער זיך בּאַ אים, -- גוֹט... נו, גענוג ‏ 

מיט ציטעריקע פינגער האָט דער דאָקטער אָנגעטון זיין מאַנטל-- 
פּאַמעלעך און אופגערעגט, װי ערעוו אַ גרויסן יאָנטעװדיקן צו" 
קינד-גיין, האָט ער געשטופּט די הענט אין די אַלטע אַרבּל און 
איז אַרױס אין דרויסן אַ קוק געבּן אַף די בּלוטיקע מילכאָמע- 
פלעקן, 

זיך אַלײן זאָגט ער : 

-- גוֹט... הייסט עס, עֶס האָט זיך אָנגעהויבּן... 


24 


פון קאַמינאָ-בּאַלקע קיין גאָליכאָווקע האָט מען געשלעפּט צוויי 
האַרמאַטן -- געשלעפּט מיט אַסאַך פערד, װי אַ שווערע דרעש-מאַ- 
שין, זיי אײַנגעפעסטיקט אויסער דער שטאָט אַף יענער זייט בּריקל 
און פּאַנאַנדערגעטריבּן אַלע, װאָס לויפן קוקן. עלי דער קלעזמער-- 
דער געװעזענער אַרטילעריסט --האָט דאָרט געכאַפּט אַ פּאָר בּייזע 
סטאָסאַקעס פון איגומענקאָ דעם מאַטראָס, פאַרװאָס ער גייט ניט 
אַװעק. 

די שװאַרצע פעט-געמאַכטע האַרמאַטן-פיסקעס האָבּן בּלינד און 
װאַרטנדיק געקוקט צו די וועלדער אַרום מאָשנע, צו יענעם װײַטן 
גרענעץ-עק, װוּ מע האָט נעכטן געזעען הענגען רויטע פלעקן. 

אין מאַרק איז מען געשטאַנען אַרום בּאַלעגאָלעס, װאָס האָבּן 
ניט וועמען צו פאַרקויפן די פּערד, מיט װעלכע מע קאָן שין 
מער ניט פירן צו דער גרענעץ. מע האָט געהערט, װי כאַזקל 
שפּאַק זאָגט ; 

-- מע װאָלט אין גאָליכאָװקע אויך געדאַרפט אַזױ טון... מיט 
די גווירים, 

כײַקל בּערעזאָווסקי, דער געוועזענער רײַכסטער גאַליכאָװקער 
װאַלדדהענדלער, האָט דאַרט געפרעגט : 

-- מיט װאָסערע גווירים, אַ ?... כאַזקל, 

כאַזקל האָט געענטפערט: 

-- מיט אייך, אַשטײגער, 

בּערעזאָווסקי האָט געזאָגט: 

- נו, זאָל מען טון, כאַזקל, 

כאַזקל האָט אים געקוקט מיט אַזעס אין די אויגן: 

-- עט מען טון... עט מען טון... מעטצעך שעמען ?... 

דערנאָך האָבּן אַף יענער זײַט בּריקל אָנגעהױבּן שיסן בּיידע 
האַרמאַטן, און פון מאַרק איז מען צעלאָפן --כאַוקל שפּאַק איז 
געלאָפן בּאַגלײַך מיט בּערעזאָווסקין, װעמען ער האָט נאָר-װאָס 
געשראָקן : 

-- עט מען טו... עט מען טוּן... מעטצעך שעמען ?,.. 

דער דאָקטער האָט זיך אומגעקערט אַהיים מיט בּענקשאַפט 
צוּ זיין שטובּ, מיט אומגעהייערן יונגן כיישעק זיך איינצוהילן אין 
איר, װי אין אַ װאַרעמער קאָלדרע, װאָס פאַרדעקט דעם גאַנצן 
קערפּער בּיז איבּערן קאָפּ, 


205 


איצט מעגן די פּילן אַפילע אַליין קומען צו אים אין שטובּ 
אַרײן, װעט ער זיי, פאַרשטייט מען, שוין אויך ניט גיין טראָגן 
קיין קאַמינאָ-בּאַלקע -- אין געגנט האָט זיך אָנגעהױבּן... פון שלאָף 
האָט זיך אופגעכאַפּט די אומרויִקײַט, יענע, װאָס האָט אין אַלע 
װינטיקע נעכט, װי שוידער זיך בּאַהאַלטן אין גאָגנדיקן בּלעטער- 
קלאַפּערײַ אַף אַלע בּיימער, 

אין גרויסן דאָרף מאָשנע--אַ װאָרסט פופצן אָן אַ זייט פון 
די כוטאָרעם האַרנע און בּעלאָדקוט--האָט מען געהאַרגעט דעם 
מיליציאָנער און פאַנאנדערגעטריבּן דעם ,קאָמבּעד", דעם שטאַרקסטן 
אין יענעם שליסל, 

גאָליכאָװקע איז געבּליבּן פאַרטײיעט, וי זי װאָלט ציען דעם 
גורל פון אַ גרויסער לאָטערײיע -אָדער זי וועט געווינען, אָדער ניט: 

-- איז אָט גאָר אין װאָסער א װינקל דער פּאָקראָװסקעס 
כעוורע האָט אָנגעהױיבּן !... 

לעבּן הינטער-טירן האָט מען זיך געשעפּטשעט: 

-- איידער די ,גרויסע* טרעטן אָפּ, לאָזן זיי פאַנאַנדער די 
אַרעסטירטע, 

-- אַזױ, זאָגט מען, איז אומעטום זייער פירעכץ. 

מע האָט געציילט די טעג: 

-- מאָנטיק, דינסטיק, מיטװאָךי.. 

מע האָט געזיפצט: 

-- דערווייל איז נאָך אַלץ ניט אַהין און ניט אַהער, 

צום דאָקטער בּאַבּיצקי איז געקומען אַ גאַסט--דער יאַנאָװער 
האַלבּ-געלײמטער גאַלעך--און איז פאֲַרבּליבּן אף עטלעכע טעג בֹּאַ 
אים אין שטובּ, וייל טאָמער װעט זיך ,אָנהײבּן" אויך אין אאַ- 
נאָװע, טאָ זאָלן אַלע װיסן: ער אין גאָר דענסטמאָל ניט געוען 
אינדערהיים. ער האָט דאָ געציילט די שאָען ניט לױטן זייגער, 
נאָר לוט זיין אַלטער גאַלאָכישער געװיינשאַפט--פון דער העלער 
הוט געקאָנט אַ זאָג געבּן מיט אַזאַ פּאָנים, גלייך ער הערט עפּעס: 

-- אָ!... עס גייט די אָבּעדניע !. 

אָדער אינאָװונט, גענעצנדיק מעשוגענערװייז, זיך פּלוצים 
אַ כאַפּדטון; 

-- הו-הו-הו--!,.. שפּעט... ווייט נאָך דער װעטשערניע! 


206 


בּיידע--דער דאָקטער און דער גאַלעך--זיינען אַ גאַנצן טאָג 
געזעסן אין שטובּ און געשפּילט אין דאַם מיט געפילן פון 
מענטשן, װאָס זייער צוג האָט זיך מיט זי אָפּגעשטעלט אַף לאַנג 
אין מיטן פעלד--בּיז דער צוג װעט זיי ניט בּרענגען אַהין, װוּהין 
זיי פאָרן, האָבּן זי ניט װאָס צו טראַכטן װעגן אײנאָרדענען 
זייער לעבּן. פון צייט צו צייט זיינען זיי געבּליבּן זיצן און זיך 
איינגעהערט ; 

-- די האַרמאַטן שיסן נאָך אַלץ נאָענט, צי ווייטער שוין? 

דער גאַלעך איז נאָך דערצו אַ נאַרישער--א פעטער דאָרפישער 
לעבּזעק מיט אַ רייעך, װי פון פיש-שמאַלץ, מיט א שװערער צונג 
אַף ,האָספּאָדי פּאָמילױ", מיט אַ גראָבּן קאָפּ פאַר אַלערלײ סיכ- 
ליעסן, װאָס ליגן אין די אַרומיקע רעװאָליוציע-געשעענישן. דער 
דאָקטער האָט אים אָן שום פאַרגעניגן געשטופּט איין בּערדע נאָך 
דער צווייטער און געהערט, װי ער צילט אף די פינגער: 

-- מאָשנע, 

-- גרויס-צעבּערמאָנעװע. 

-- בּראָזשע, 

-- פּאָדװעסאַקע. 

-- נו, נו... -- איילט ער אונטער דעם דאַקטער, -- געגאַנגען 
איז געגאַנגען. 

דער דאָקטער האַלט אין אויג דאָס ציגל, ואָס דער גאַלעך האָט 
נאָר-װאָס אַ רוק געגעבּן, און אין קאָפּ האַלט ער סײי אַלע גענג, װאָס 
ער קאָן מאַכן, סײַ אַלע סיכליעסן, װאָס ליגן אין די געשעענישן: 

-- א רעװאָליוציע מיט רעװאָליציע,--פאָנפעט ער דערבּיי,-- 
וי אַ װוינט מיט װוינטעלעך--אַהין, װוּ עס דערלאַנגט ניט דער 
גרויסער װוינט, דערלאַנגען די קליינע... און א ציגל דאָ אין סאַמע עק 
איז אויך אַ זאַך... װי פיליפּאָוו... א ?... װוּהיןדזשע ? װוּהין גייט איצט 
פיליפּאָוו?י., 

דער דאָקטער טוט ענדלעך אַרוק אַ ציגל און קוקט מיט 
װוּנדער אַפן גאַלעך, אַלעמײַ ער זעט ניט, אַז אָט-אָט כאַפּט 
ער בּערדע. דער גאַלען, זעט ער, קוקט פאַרטראַכט אַף אלע 
ציגלעך מיטאַמאָל און דרייט נאָך אַלץ מיט דער שװערער צונג: 

-- און יאַנאָװע שווייגט נאָך דערווייל... װאָס?... יאַנאָװע איז 
צו נאָענט... 


207 


אין שטאָט רעדט מען אויך װעגן דיזעלבּע דערפער: 

-- װאָס האָטן צו קלערן?--אין מאָשנער שליסל זיינען די 
עס-ערן שטענדיק געווען טאַקעף. : 

-- וועלכע עס-ערןן? די , קעפּ" זייערע זיינען שוין גאָר לאַנג 
אַף ,יענער זייט"--געבּליבּן זיינען דאָ נאָר די קלייניטשקע. 

-- סע דען זיי אַלײן ?--און װער האָט זײי געגעבּן אַכצןך 
און-דרייצן ? 

-- הערטאַך, װאָס בּערעזאָװסקי זאָגט: ס'איז צונויפגערעדט 
מיט די אַנגלאָדפראַנצױזן. 

אין מאַרק שטייען רױטאַרמײער אַף פערד, און אין גאַס דרייט 
זיך שוין ניט אַרום קיינער, אויסער עטלעכע אַרבּעטער-יינגלעך 
מיטן מיידל אין רויטן טשיפּיקל--זיי זעען אויס, װי נייע שטאָט- 
בּאַלעבּאַטים און שיינען פון גליק : 

-- מע האָט אָפּגעטריבּן ! 

-- אָפּגעטריבּן.., 

אין שטאָט האָט מען גערעדט וועגן זל 

-- אַפילע זי אַלין זאָגן : מע האָט נאָר אָפּגעטריבּן די עס-ערן. 
קיין מאָשנע איז מע ניט אַרײן, 

צו כײַקל בּערעזאָווסקי איז מען געקומען מיט אַ נייס: 

-- זיי בּאַרימען זיך -- דאָס מיידל אין רויטן טשיפּיקל, דער 
בּראָזשער בּאָכער, װאָס אַרבּעט לעבּן בּריקל בּאַם קאָװעל, און אַלע, 
װאָס אַרום זיי: , מירן, זאָגן זיי, צונעמען כײַקל בּערעזאָווסקיס 
הויז פאַר א , קלוב", 

ס'איז געווען זונטיק, 

מע האָט געשלעפט די צוויי שווערע האַרמאַטן צוריק קיין 
קאַמינאָ-בּאַלקע. 

פון קאַמינאָדבּאַלקע האָט איינע אליין זיך אומגעקערט נעכע-- 
שמועל װאָלציס ווייבּ. זי איז געווען פאַרװיקלט אין שאַלן און שטאַרק 
פאַרקילט אַזױ, אַז מע האָט ניט דערקאַנט ניט איר פּאָנים, ניט איר קאָל. 

-- שמועל,--האָט זי געזאָגט,--אַ שענערן פון אים לייגט מען 
אין קייווער... מע וויל אים שטעלן אויג-אַף-אויג מיט דער בּלאָנ- 
דער... ער װעט זיך נעמען דאָס לעבּן 

זי האָט ניט פאַרשטאַנען, װאָס מע פרעגט בּאַ איר און האָט 
װידער געוויינט: 


208 


+ א זפ 2 יע עי 


-- איך זאָג צו אים: ,זאָגסטאָך אַלײין -- מעטעך אַרױסלאָזן", 
ענטפערט ער: ;יאָ, נאָר איך װעל עס ניט אויסהאַלטן.. איבּער 
אַזאַ פּאַסקודסטװע... " 

עס איז געווען פאַרנאַכט, און פון דער געגנט האָט זיך אומ- 
געקערט דורך גאָליכאָװוקע דער לעצטער קאַמינאָ-בּאַלקער ,ראַז- 
יעזד"--אַ רייטער צװעלף, אָנגעפירט דורך איגומענקאָ דעם מאַ- 
טראָס. אַ כוץ פּינקע ווייל, װאָס איז אף א רעגע פאַרלאָפן צום 
מיידל אין שנײַדערשן סיטקעלע, האָט מען צװישן די רײַטער 
דערקאָנט אויך יוזי ספּיװאַק. מע האָט עס צעטראָגן.. 

-- אַ פּאָשעטער קראַסנאָאַרמײעץ... 

-- אַן אָנעװ, נעבּעך... אַ גרויסער אָנעו... 

-- אַפּאָנים, ער האָט גאָר מער ניט געװאָלט. 

-- זעסט צי ניין ?--קיין גרויסן טשין שטעקט מען ניט אזוי גיך... 

דער טויבּ-שטומער איז מיט דעם געקומען צו לויפן פון מאַרק, 
דער דאָקטער האָט אַ שמייכל געטוּן מיטן שפּיץ נאָז און קיין צייט 
ניט געהאַט צו זאָגן; 

-- פרימער פונעם פּױפּס... 

ער האָט געהאַלטן בּאַם אַרײנקנאַקן דעם גאַלעך נאָך א בּערדע. 


דער ,ראַזיעזד" איז פּאַמעלעך דורכגעריטן די שטאָט, שװיי- 
גנדיק-שטום זיינען די רײַטער געפאָרן בּאַרג-אַרוף, געקוקט אף 
די הײַזער: יעדער הױז--אַ קייװער פאַר אַלטן קאַלטן אומגלױבּן, 
ער שווייגט--דער קייווער. בּלויז די פענצטער שטעכן, וי מיט 
שפּילקעס ; זיי בּאַגלײטן ; 

-- איר פאָרט אַװעק ?--עפשער שוין אף שטענדיק?.. 

זיי שיקן נאָך אַ װוּנשעלע : 

-- אַ גליקלעכער טאָמיד... 

מע האָט דעריבּער, װי װײַט מעגלעך, איינגעהאַלטן בּאַרג- 
אַרוף די פערד--אף צעלאָכעס, זייער פּאַמעלעך אַרױס אין פרײַען 
פעלד, 

פּינקע װײַל איז דאָרט פריילעך צוגעשפּרונגען אַף זיין פערד 
פון שטאָט-אַרױס און זיך אויסגעגלײַכט מיט יוזי ספּיװאַק: 

--- כאַװער ספּיװאַק!... 


209 


אים האָט זיך נאָך אַלץ געדאַכט, אַז מיט יעדן שפּרונג, װאָס 
ער מאַכט אַף זײַן פערד, מיט יעדער בּרעקעלע פון זיין ליבּע 
צום מיידל, װאָס אין שנײַדערשן סיטקעלע,--מיט אַלץ, מיט אַלץ 
נעמט ער זיך אָן פאַרן גליק פון אַלע מענטשן. איצט איז ער געווען 
גליקלעך, װאָס ,סע-דאָ אַרבּעט", גליקלעך מיטן ענטפער, װאָס 
ער האָט אין שנײַדערשן סיטקעלע געגעבּן ייִדן 

-- איך האָבּ זיי געזאָגט: ,װאָסיזשע ? מעט זיך ציאַצקען מיט 
אייך, מיינט איר?--זאָל מען נאָר געפינען בּאַ אייך בּאַהאַלטן 
איין עס-ער"... 

ער האָט דערזעען, װי יוּזיס פּראָפּיל װערט פאַרשטינערט 
בּאַם װאָרט ,עס-ער", זיך געװאָלט פאַרכאַפּן, נאָר ניט בּאַװיזן און 
אַנשװיגן געװאָרן. 

צוליבּן גליק פון אַלע מענטשן האָט זיך ערשט איצט רעכט 
פאַרװאָלט זאָגן יוזין גאָר, גאָר א װאַרעם װאָרט--אָט, צום פַּי- 
שפּיל;: אין סיטקעלע האָט אים זײַן מיידל דערצײילט ועגן 
אַ מענטשן אַכט אָרטיקע בּאָכורימלען, יונגע אַרבּעטער, װאָס 
װאָלטן געגאַנגען אין ,,אָטריאַד*, וועגן נאָך אַנדערע אַזעלכע אין 
די װײַטערדיקע שטעטלעך--עס דאַוף נאָר זײַן װער ס'אָל 
מיט זיי אַ קנעל-טון, 

-- אַכוץ אייך,--האָט ער אַ זאָגיגעגעבּן צו ספּיװאַקן מיט 
האַרץ,--איז טאַקע דערוף בּאַ אונדז קיינער נישטאָ... לאָמיך 
אַזױ לעבּן! 

און פּלוּצים האָט ער דערפילט, אַז די גאַנצע פריילעכקייט, 
װאָס ,סע-דאָ אַרבּעט*, די גאַנצע װאַרעמקײט, װאָס ער טראָגט 
צו ספּיװאַקן, איז געבּליבּן אין אים ניט אַרױסגערעדט. ער איזגע- 
פאָרן אין איין שורע מיט יוזין זייער נאָענט: זײיערע פיס האָבּן ‏ 
פון מאָל צו מאָל זיך אָנגערירט, 

-- כאַװער ספּיואַק!--האָט ער מיט אַ בּאַפרײיטער האַנט גע- 
געבּן אַ גלעט די גריווע אַף יוזיס פערד,--אוי, זייט איר א שוויי- 
גער!... פאַרװאָס שװײַגט איר טאָמיד, אַ?... כאַװער ספּיװאַק... 
אַז מע גיט אייך אַ װאָרט אַף אונדזערער אַ סאָבּראניע, רעדט איר 
דאַפקע אַזױ גלאַט... נאָר וועגן זיך--אוי, זײַט איר א שװײַגער! 

פון װעלן שמייכלען האָט יוזיס פּאָנים זיך בּלױז אַ קרום גע- 
- געבּן, װי אַף צו ויינען -- פונוואנען, אַשטײגער, האָט ער איצט 


210 


געקאָנט אָנהײבּן ועגן זיך פּינקען דערציילן: פון זיין זיידן 
מאָסין?... פון זײַן מאַמעס לאַשנקױדעשדיקע פּסוקים? צי ועגן 
זײַן יאָרןלאנגער אַרבּעט מיט די עס-ערן, אַקעגן וועמען ער איז 
איצט דאָ אין ,,אָטריאַד"?... דער עמעס װאָלט געװען, װען ער 
ענטפערט: ,איך שווייג, ווייל איך האָבּ אַסאַך, אַסאַך צו ריידן-- 
פיל מער, איידער יעדערער דאָ אין אָטריאד". נאָר אַז ער האָט 
אופגעהױיבּן די אויגן צו פּינקען,. איז אים אויך דאָס שווער געווען 
צו זאָגן. ער האָט דערזעען: פּינקע קוקט אַף אים מיט טרערן אין 
די פריילעכע, גליקלעך-שטראַלנדיקע אויגן, און די אױיגן אַלײן 
הערן דערבּײַ ניט אוף צו בּעטן: ,רעדט, רעדט, כאַװער ספּיװאַק.. * 
מיט דער לינקער בּאפּרײַטער האַנט האָט ער פּינקען אַרומגעכאַפּט 
און אים געגעבּן אַ דריק-צו צו זיך. איצט האָט ער פּלוצים בֹּאַי 
קומען, װאָס צו זאָגן; 
-- ס'איז גוט,--האָט ער געזאָגט,.- מירן זיגן... 


21 


אא 


מיט א פּאָר טעג שפּעטער, 

וי דורך דער שטאָטס א הינטער-טיר איז אַרײַנגעפאָרן קיין 
גאָליכאָװקע אַ צווייטער ,ראַזיעזד"--לאַכלוטן אַן אַנדערער סײַ 
מיט די קליידער, סײַ מיטן װאָפן. 

געווען איז דאָס אַרום צען אַזײגער אינאָװונט, 

שטיל, מיט בּאַשיידן-אַראָפּגעלאָזטע קעפּ, װי אין סטאַטעטשנע 
טרויער, איז דער ,ראַזיעזד" שטיין געבּליבּן לעבּן דער אַפּטייק-- 
דעם איינציק-בּאַלױכטענעם הויז. 

פון אַקעגן האָבּן אַף דער אַפּטײיק געקוקט כייקל בּערעזאָװ- 
סקיס אױיסגעלאָשענע פענצטער--אַ פעסט הויז אַף אַ שטיינערנעם 
פונדאַמענט און פּונקט, װי כײַקל בּערעזאָוװוסקי: אי עס האָט מוירע, 
אי עס כאַלעשט מע זאָל װיסן, 

-- געווען דער גרעסטער װאַלד-הענדלער אין גאַליכאָווקע. 

דורך בּערעזאָווסקיס אויסגעלאָשענע פענצטער זעט מען: 
אַ פּאָר קריכן אַראָפּ פון די פערד ; אַ פּאָר גייען אַרײן אין אַפּטײק, 
זי זאַמען זיך... 

קוקט מען פון כײַקל בּערעזאָווסקיס פענצטער מיט פאַרטײַעטן 
אָטעם, קיין לאָמפּ צינדט מען ניט אָן, און דאָס געפיל, װאָס מע 
טראָגט אין זיך, איז געגליכן צו אַ שטומען מאַזלטאָװו ועגן אַ 
קימפּעטאָרן, װאָס צוּ-קינד גייט זי שוין, נאָר רעדן דערפון דאַרף 
מען ניט, כײַקל בּערעזאָװוסקי טוט שטיל אַ הוסט: 

-- שאַ!.. 

מיינען מיינט ער, זיין װײַבּ זאָל ניט אָנהײבּן זאָגן קיין נע- 
וויעס--אַן אַלטער קלאַל: אַז זי לייגט עפּעס אויס, טרעפט נאָכ- 
דעם פּונקט קאַפּױר. נאָר אַליין איז ער זיכער, װי אַלע: 


212 


-- װער דען?.. 

-- אָט, אַפּאָנים--זײ;די עס-ערן . 

בּאַ כײַקל בּערעזאָווסקי אין הויז, װוּ עס איז פאַראַן װײניק 
מאַנסבּלען (סאַכאַקל איין כײַקל), נעכטיקט, װי אַלע נאַכט, צוליבּ 
היימלעכקייט זיין געװעזענער װאַלד-מענטש מוישע װאָלאָװניק -- 
אַ לאַנגער, אַ געלער, אַ שװאַכער אין געזונט, אַ יאַדעשלעװער 
בּיז גאָר, נאָר זייער אַ שטאַרקער רויכערער. ער האָט אויך גע- 
קוקט אין פענצטער. פון אופרעגונג האָט ער שטאַרק געװאָלט 
|רויכערן, נאָר ניט געהאַט װאָס, און פון אופרעגונג בּאַלד אַ כאַנפע 
געטון בּערעזאָווסקין : 

-- איז עפשער װעט מען גאָר אין גיכן אָנהייבּן נאָכאַמאָל 
פאָרן אין װאַלד אַרין... 

-- די עס-ערן װעלן דאָך אומקערן די װעלדער, אַ?.. רעב 
כײַקל... גיט אַ ציגאַר טוטין... פונעם גוּטן טאַבּעק... 

איז אָט. װי נאָר ער האָט עס אויסגערעדט: 

-- טויך קעדיי דיבּער.., 

אַזױ האָט נאָכדעם דערציילט מוישע װאָלאָװניק. 


דח חההמטה ההי ' 


צו כײַקל בּערעזאָווסקי האָט מען אָנגעקלאַפּט אין טיר--זייער 
מיעס אָנגעקלאַפּט, 

אין דער ערשטער רעגע האָט זיך װאָלאָװניקן געדאַכט, אַז 
שולדיק אין דעם איז בּלויז ער, װאָלאָװניק אַלײן, װײיל עס איז 
געווען צו פרי--אָט דאָס, װאָס ער האָט זיך צוגעײַלט מיט ,גיט 
אַ ציגאַר-טוטין, רעבּ כײַקל". 

אין שטובּ זיינען מיטאַמאָל אַרײינגעקומען דריי, זייער גראָב אַ 
קאָמאַנדעװע געטון, מע זאָל זיך ניט רירן, מע זאָל געבּן אַלץ, 
װאָס מע האָט מעזוּמען און גאָלד, זילבּער, בּריליאַנטן, און עסן 
זאָל מען אויך געבּן דאָס בּעסטע--, אַ געבּראַטענע אינדעטשקע"... 
און טאָמער װעט זיך אַרױסװײזן, אַז מע האָט אױסבּאַהאַלטן... 

און אַז צו זיי האָט אָנגעהױבּן רעדן בּערעואָווסקיס טאָכט ער 
(יענע, װאָס איז דאָ געבּליבּן שטעקן, און װאָס איר מאַן האָט זי 
גענומען צוליבּ שענקייט און אין נאָך אַדאַיעם ערגעץ אַ גוויר), 
האָבּן זי אַף איר אַ קוק געגעבּן.. 


213 


אַזױ האָט נאָכדעם דערציילט מוישע װאָלאָװניק: 
-- בּעסער, -האָט ער געזאָגט,--איז שוין גאָרניט צו געדענ- 
קען, וי אַזױ זיי האָבּן אַף איר אַ קוק געגעבּן... און דאָ האָבּן זי 
גראָד דערזעען דעם װישניאַק אַף דער שאַפע, אין פלעשער... נוּ, 
נו, האָבּן זי אָפּגעקאָמאַנדעװעט אַ נאַכט! | 
דאָס איז געװען אַף מאָרגן אינדערפרי. קיינער פון אזיי* 
איז שוין אין שטאָט ניט געבּליבּן, 
מוישע װאָלאָװניק האָט געזאָגט: 
-- עפּעס טאַקע נאָר װי שיידים אין אַ פּוסטער מיל. 
אין אַפּטײיק איו געלעגן צעקלאַפּט מולי. 
מע האָט דאָרט צוגענומען די גאַנצע קאַסע מיטן גאַנצן קאָ 
קאָיִן. 
אַף דער קאַסע איז געלעגן אַ צעטל: 
,אושאַץ מאַכט אין דער מאַמען-אַיײן אַלע עס-ערן, 
װאָס האָבּן אים בּאַלײריקט און אָפּגענאַרט. עֶר װײזט, אַז 
איידער זיי װעלן זיך רירן, קאָן ער דערװוייל קומען מיט 
זיינע מענטשן קיין גאָליכאָװקע און אַפילע קיין קאַמינאָ- 
בּאַלקע. ער בּלײיבּט מיט זיינע מענטשן אַף דער-זייט גרע- 
נעץ--זאָל מען זיך ריכטן", 
לאַנגע פאַרהוילענע קאָטשערע האָט צונויפגעשאַרט אין 
מאַרק אַריין אַלע אומגליקן : 
-- מע איז געוען נאָך אין אַנדערע הײַזער, 
-- בּאַ אַסאַך. 
-- בּאַ אָרעמעלײַט--אויך, 
-- לעבּן בּריקל בּאַם קאָװעל האָט מען געהאַרגעט דעם אַר- 
בּעטער--נאַפּטאָלע בּראָושערס בּאָכער... געפונען בּאַם אים אַלע 
זיבּן זאַכן... די פאָן--אויך, 
-- די פאָן ?.. מע האָט זי דאָך ערשט הײַנטיקע װאָך צו אים 
אַריינגעשטעלט.., 
-- ער האָט זיך ערשט נעכטן פאַרנאַכט בּאַרימט, דער בֹּאָ- 
כער--, מירן נעמען כײַקל בּערעזאָווסקיס הוין אַף אַ קלוב..* 
עס איז געווען אינדערפרי בּאַ זון-אופגאַנג. 


204 


אין גרינגן פאַרפּייסעכדיקן פרעסטל האָט בּאַ זוּן-אופגאַנג גע- 
שמעקט מיט פאַרשלאָפענעם מידלשן בּאַגער, מיט האָניק-זיסע 
רייכעס, װאָס מע װײיסט ניט פונװאַנען זיי קומען. די גאַנצע 
שטאָט-בּלאָטע--געפרוירענע שױיבּן, װאָס פּלצַצן מיט קלאַנג אונ- 
טער לויפנדיקע פיס. עס הערט זיך: אַ שטאַרקער קלאַפּ כון אַ 
הינטער-טיר; אַ קאָל האָט זיך דאָרט אַרױסגעכאַפּט אין דרויסן ; 

-- שויטע ! 

-- וועלכע עס-ערן?! 

קילער אָטעם האָט געקיצלט דאָס פּאָנִים און פאַרשיקערט די 
נאָזלעכער בּאַם מיידל אין רויטן טשיפּיקל, װען זי איז געשוינד 
אַרױס פון שנײַדערשן סיטקעלע. אירע אויגן--גרייט צו נעמען אַף 
הערנער. איר כאַכאָמעדיק נעזל האָט קײַן צײַט ניט געהאַט צו 
שמייכלען ; איר רויט טשיפּיקל האָט פאַרבּײַלופנדיק אַ רייץ-געטון 
די שטאָט: 

-י ציאַ! 

-- מעט בּענקען נאָך עס-ערןן? 

זי איז אַװעק צום כאַװער, דעם געהאַרגעטן בּאָכער, װאָס 
בֹּאם שמיד לעם בּריקל. מע האָט זיך דערװוּסט: 

-- דאָס גרייט מען דעם ,כאַװער" אַ לעװאַיע מיט אַ קנאַק, 
מיט אַ נייער פאָן, מיט אַלע זיבּן זאַכן... און מיט רעדעס אויך-- 
מיט רעדעס אַקעגן די עס-ערן. 

אין מיטן דער גרויסער מענטשן-מענגע, װאָס לעבּן דער 
אַפּטײיק, האָבּן געשטאַרקט די קוילעס: 

-- װער?! 

-- אָט די זניקן ?!.. 

-- נײַן אירע זײַנען זײי. 

-- איין קלײיניקײיט.,, 

-- אַלץ זי -- אין רויטן טשיפּיקל, 

אַפן פּאָנים בּאַ כײַקל בּערעזאָוסקיס טאָכטער האָבּן זיך אַ 
קנייטש געטון די ,סימאָנים"--אַזױ האָט זיך געדאַכט--די סימאָנים 
פון דעם, װאָס מע האָט בּאַנאַכט אַף איר געקוּקט... זי איז אויך 
צוגעגאַנגען צו דער מענטשן-מענגע, װאָס בּאַ דער אַפּטײק. 

-- װאָס לאָזט מען זי ?--האָט זי געפרעגט,--די עס-ערן קומען 
דאָך הײַנט-מאָרגן אַרײַן... 


215 


און פון אױיבּן האָט, װי אין פרילינג, געװואַרעמט די זון. פון 
די גלעזערנע שױבּן, װאָס אונטער די פיס, איז צוריק געװאָרן 
װאַסער--אַ ריי-בּלױער הימל אַף אַ בּלאָטיקער ערד. אין דער 
לופט האָט געשמעקט מיט יוּנגן פּאָרפּאָלקישן בּאַנער, מיט האָניק- 
זיסע רייכעס, װאָס מע ווייסט ניט, פונװאַנען זיי קומען, 


בּאַ כײַקל בּערעזאָווסקי איז דער כעשבן אַזאַ: 

-- יעדער זאַך מוז קאָסטן רעבּע-געלט, און נישטאָ גאָר דאָס 
גוטע געשעפט, װאָס זאָל צײַטנװײַז ניט בּרענגען קיין העזעק. 

בּאַ כײַקל בּערעזאָווסקי זײַנען די בּאַקן געשוירן מיט מאַ- 
שינקע נוּמער נול, שיר ניט געגאָלט. פאַרקערט, אין פאַרבּליבּענעם 
בּאָרד-פּאַסיקל, װאָס אונטער זײַן מויל, איז בּאַ ‏ אים יעדער האָר 
געציילט און טײַער-- אַזאַ מענטש איז ער; ער איז שוין גראָװו-. 
לעך. ער שפּאַנט אַרום אַ גאַנצן בּאַטאָג בּאַ ‏ זיך אינדערהיים אין 
כאַלאַט און אין די שטעק-שיך און טראַכט: 

-- מאָנעפשעך... 

אויבּ עס שטאַמט טאַקע פון די ענגלענדער און פון די פראַנ- 
צויזן, אָט דאָס, װאָס די עס-ערן קומען אַהער, איז עס דאָך אַ 
שטענדיקע זאַך.. עט מען דאָך אָנהײבּן פאָרן נאָכאַמאָל אין 
װאַלד אַרײַן און מעט צוריק דורכלאָזן די זעגמיל... וי געוען: 
שמועל װאָלציס -- אַ ‏ ,נאַדרעזשטשיק", מוישע װאָלאָװניק -- אַ 
,מענטש", גאָיִם--אַרבּעטער, און כײַקל בּערעזאָוסקי--בּאַלעבּאָס. 
נאַרישקײַטן !--געהילץ איז איצט נאָך טײַערער, װי פריער. דע- 
מאָלט איז עס אַ שפּײַ -דאָס װאָס מע האָט הײַנט בּאַנאַכט בּאַ- 
ראַבּעװעט און בּאַנומען און געלאָזט הויל און בּלויז, קימאַט אָן 
אַ העמד... ס'איז ווערט אַ שמעק-טאַבּעקי.. 

נאָר פון דער אַנדערער זייט.., 

אויבּ ס'איז נעכטיקע טעג, אױיבּ ס'איז ניט קײַן עס-ערן, נאָר 
,עסערלעך"... ליגט מען דאָך נײַן איילן טיף, און ,מע וועט" עס 
ניט איבּערטראָגן : אָדער--אַן אַפּאָפּלעקסיע, אָדער װי כאַיִם ראָט- 
הויז, דער װאַלדיהענדלער פון אונטער זשיטאָמיר--אַ שטריק אַפן 
האַלדז,.. װאָרעם דערהערן איצט, אַף די עלטערע יאָרן: ,כײַקל 
בּערעזאָװסקי איז אַ קאָפּצן" איז פּונקט, וי ,כײַקל בּערע- 


216 


זאָווסקי -- אַ גאַנעװ, אַ שאַרלאַטאַן... בּאַראַבּעװעט די גאַנצע 
וועלט... אַ? | 

ער דערזעט פּלוצים דעם אַרײנגעקומענעם װאָלאָװניק און פרעגט 
בּאַ אים, ניט אופהערנדיק אַרומצוּשפּאַנען: 

-- נוּ? מוישע. װי מײינסטוּ? 

מוישע װאָלאָװניק איז לאַנג און געל און אט בּענקט 
נאָך. אַ ציגאַר, װי אַ מעסוּקענער רויכערער, און אומעטיק איז ער 
אויך גענוּג--װאָס דער טאָג װוערט גרעסער און לויטערער צו פּײי- 
סעך-צוּ, אַלץ מער אומעט אַף אים. די הויט אַף זיינע פאַרטרי- 
קנטע ליפּן שיילט זיך, װי אין אַ טאָנעס, און די אונטערשטע ליפּ 
איז נאָך דערצו בּאַזעצט מיט פּרישטשיקלעך ; יעדער פּרישטשיקל-- 
אַ טרוקן גרינדל, 

-- עס טוט זיך דאַרט,--זאָגט ער,--לעבּן קאָװעל בּאַם בּריקל... 
אַ כאַסענע! זי האָבּן געגעבּן צו וויסן קיין קאַמינאָדבּאַלקע, דִי 
,כאַוויירים"--וועגן געהאַרגעטן בּאָכער. זיי ווילן אים מאַכן אַ לע- 
װאַיע מיט אַלע קונצן, מיט פאָנען און מיט קלעזמער און מיט 
רעדעס... קעגן די עס-ערן. 

כייקל בּערעזאָווסקיס פּאַסיקל-בּאָרד װויל טון אַ שמייכל: 

-- װי אַ גוטן-יידן, אַ? 

ער קראַצט אונטערן קאָלנער, ניט אופהערנדיק אַרומצושפּאַנען. 

-- און כאַסמענען האָט ער זיך געקענט, דער בּראָזשער בֹּאַ- 
כּער?.. אַ? מוישע... ווער--װאָס ?., 

פונדעסטוועגן בּלייבּט בּאַ אים, אַז װאָלאָװוניק זאָל שטילערהייט 
אַרײינרופן צו אים עטלעכע פאַרמעגלעכע בּאַלעבּאַטים און מע 
זאָל זיך מעיאַשעוװו זײַן : 

-- ערשטנס: עפשער איז גאָר גלייכער מע זאָל בּאַצאָלן די 
קלעזמער, זיי זאָלן דאַפּקע ניט שפּילן, און צווייטנס... 

-- װיבּאַלד עס גייט די נאַכט און מען ווייסט ניט, צי אושאַק 
װעט װידער ניט אַרײנקומען... און װיבּאַלד די עס-ערן זיינען 
ניט מעייווער לעיאָם... 

און דאָ האַנדלט זיך װועגן אַ פּלאַן, װאָס ניט פאַר אַלע קאָן 
אים כײַקל בּערעזאָווסקי אַרױסזאָגן... 

-- פאַרשטייסטו שוין וועמען צו רופן, אַ? מוישע... 


ח2 


צו בּערעזאָװוסקין אין הויז האָבּן מענטשן זיך אָנגעקליבּן צו- 
פיל און ניט נאָר יענע, װעמען ער האָט געהייסן שטילערהייט 
אַרײנרופן. אַסאַך האָבּן געװאָלט הערן, װאָס פאַר אַ פּלאַן האָט 
כײַקל ... 

-- און עפשער איז טאַקע דאָ, װאָס צו הערן: אַמאָל איז ער 
געווען אַ מוצלעך... 

מע האָט, נאָך אַ טאָג װאַרעמער פאַרפּייסעכדיקער זון, געזוכט 
טרוקענע טריט אין דער בּלאָטע און מע איז, וי אַף אַן אַסיפע 
געקומען סיי מיט דער הינטערשטער טיר, סיי מיט דער פע- 
דערשטער. מע האָט זיך אָנגעשטופּט אַ פולע שטובּ, געבּעטן אי- 
נער בּאַם אַנדערן ציגאַרס, גערויכערט מעשוגענערווייז, געכראַ- 
קעט לעבּן זיך אַף דער פּאָדלאָגע און געהערט, וי אין טשאַד, 
װי כײַקל בּערעזאָווסקי דרייט זיך אַפן קאָרעק, רעדט מיט האַלבּע 
ווערטער, און דעם פּלאַן זיינעם, וויל ער, זאָל מען אַליין טרעפן, 

מע האָט בּאַ אים געפרעגט : 

-- איז זאָגט-שױן : איז װאָס-זשע זאָל מען טון? און אַז צו 
די עס-ערן אין נאָענט? 

כײַקל האָט װידעראַמאָל אָנגעהױבּן פון אָנהײבּ: 

-- איך זאָג: איך בּין אַ סויכער. איך וייס, אַז פון װאַרע- 
מען זיך בּאַ דער הרובּע קומט גאָרנישט ניט אַרױס; איר האָט 
שוין געזעען, אַז פון װאַרעמען זיך בּאַ דער הרובּע זאָל עמעצער 
פאַרדינען געלט? איך זאָג: אַז מע װיל זיין אַ שוטעף, דאַרף 
מען עפּעס אַרײנלײגן אין געשעפט, און װאָס האָט מען מױרע? 
װאָס טוג דאָס לעבּן, אַז מע האָט ניט קיין פּאַרנאָסע?... איך 
זאָג עס אַקעגן דעם, װאָס מע זאָגט: די עס-ערן זיינען נאָענט.. 

און פּלוצים איז מען אַריין פון דרויסן, װי פון אַ סרייפע : 

-- אוי, מע טראָגט ,אים"... מיט רויטע פאָנען.. מיט 
קלעזמער !... 

אַלע האָבּן אויסגעשאָטן אין דרויסן, 

עס איז געװען אַ ליגן: 

קיין קלעומער האָבּן ניט געשפּילט. מע האָט אים בּלױז גע- 
טראָגן מיט צוויי פאָנען: איינע אַ ניי-אופגענייטע, און די צװיי- 
טע -- די אַלטע, יענע, װאָס מע האָט ערשט הינטיקע װאָך צו 
אים אַריינגעשטעלט, נאָר אין מאַרק איז דענסטמאָל דאָך געװען 


218 


ייס - *יאעט 


צו אַ גרויסער אוילעם -- אין מאַרק אַרײן איז מיט אַ ,ראַזיעזד* 
אָנגעקומען פיליפּאָװו, אָנגעלאָפן פון די אַרומיקע דערפער, װוּ ער 
איז אַרומגעפאָרן אַגיטירן אַקעגן די עס-ערן. בּאַ דער זייט האָט 
מען גערעדט: / 

-- זע נאָר, װי ער איז צערייצט... 

-- הייזעריק אַזש! 

-- מעסוקן ! 

-- קוק אָן אַ פּאָנים : 

געווען שוין שפּעט פאַרנאַכט; עס האָט געשמעקט מיט נייעם 
גרינגן פרעסטל, מיט האָניק-זיסע רייכעס, װאָס מע װײסט ניט 
פונװאַנען זיי קומען, די לעװאַיע איז שוין געהאַט דורכגעגאַנגען. 
דורכזיכטיק און בּלוטיק-רויט איז שוין געװען בּלױיז יענע זײט, 
װוּ די זון איז פאַרגאַנגען. פיליפּאָוו איז אין מיטן מאַרק געזעסן 
אַפן פערד ; אַרום אים ---אַ גרויסער אוילעם. ער האָט געבּליצט 
מיט די אויגן און האָט געשריגן: 

-- אונדז איז אַלצײנס: אושאַק, עס-ערן, צי די אַלע, װאָס 
האָבּן דאָ די עס-ערן אױסבּאַהאַלטן און װאַרטן אַף זיי... טשטאָ- 
װוי?... שוטיעטיע?! 

די יונגע אַרבּעטער מיטן מיידל, װאָס האָבּן אים אַרומגע- 
רינגלט, האָט ער נאָכדעם אויסגעהערט אין דער פינצטער. 

מע האָט געזאָגט: 

-- זעסט?-- צו זיי איז ער דאַפקע ווייכער. 

-- ער גייט מיט זיי צו כײַקל בּערעזאָװסקי. 

-- ער גיט זיי אַרױס אַ צעטל אַף צו נעמען די שטוב אַף 
אַ ,קלוב". 


זונטיק, צו בּאַנײיען דעס קלובּ, זיינען פון קאַמינאָ-בּאַלקע 
אַראָפּגעקומען רױטאַרמײער. 

אַף כײַקל בּערעזאָווסקיס הויז, װאָס מיטן הויך-געמויערטן פונ- 
דאַמענט, איז פון נעכטױאָן געהאַנגען אַ פאָן --אַ שפּאָגל-נײע, 
אַ גרויסע. אינעװײיניק, אין די פריש-אויסגעליידיקטע צימערן, 
האָבּן געבּאַלעבּאַטעװעט רױטאַרמײער, דאָס מיידל אין רויטן טשי- 
פּיקל, יונגע אַרבּעטער און נאָך אַנדערע פונעם קאָװעלסגעסל, 


219 


װאָס בּאַם בּריקל, געקלעפּט פּלאַקאַטן אַף די װענט, געגרייט אַ 4 
װאַנט-צײיטונג. כייקל בּערעזאָוסקי האָט זיך ניט געקאָנט אײנ- / 
האַלטן אין די הינטערשטע דריי צימערן, װוּ ער איז געבּליבּן 
װוֹינען, זיך געקרימט אַף אָט דעם אוילעם אינדרויסן, געקוקט 
מיט שטעכיקע אויגן: 

-- פּאַרכעס... ס'איז נאָר אַף עטלעכע טעג... מעט נאָך זעען. 

ער דערזעט היימישע, לאָזט ער אַריין אַ שמייכל אין פּאַי 
סיקל בּאָרד ; 

-- נגנאַ!... מיר ניט געזאָגט אַפילע קיין דאַנק, 

פון גאַנץפרי-אָן האָט אַ זו-- אַ גיכע טוערן--געטריקנט 
שמעקנדיקע סטעזשקעס צו פּייסעך-צו, און אונטער דער זון האָט 
מען געגרייט דעם גאַניק אין דרויסן, צונויפגעקלאַפּט לעבּן אים 
אַ טריבּונע, געזעגן און געהאַקט בּרעטער. 

מע האָט גערעדט וועגן זײ: 

-- אַמער -- עס האָט גאָר קיין פּאַכעד ניט. 

-- די עס-ערן זיינען אונטער דער נאָז... אַניט האָט עס סייכל אַ 
טראַכט צו טון?... | 

אויגן פון אַ ייִנגערן און עלטערן אוילעם זיינען דאָרט שטאַרק 
אַרײנגעטון אין קוקן, און צװישן אוילעם -- דער לאַנגער פאַרדײ- 
געטער מוישע װאָלאָװניק; װי אַ געוועזענער װאַלד-מענטש האָט 
ער זיך שוין מער ניט געקאָנט איינהאַלטן און גענומען אָנװייזן, אַז 
די פלעקער פאַרגראָבּט מען לעבּן גאַניק װי איבּערגעקערטע קעפּ: 

-- זי װעט אייך אויסקומען קרום און שטום, די פּלאָשטשאַד- 
קע... בּעהיימעס ! 

בּיסלעכווייז, בּלױיז פון ליידיקגייערישקייט, איז ער אַלע מאָל. 
צוגעגאַנגען נעענטער, בּיז ער האָט אַלײן אָנגעהױבּן אונטערצו- 
האַלטן אַ פלאָקן, אַרום וועלכן מע שיט ערד און מע טרעט מיט 
די פיס, בּיז די יונגע כעוורע האָט בּאַ אים אָנגעהױבּן צו פרעגן: 

-- די בּרעט איז גלייך? 

-- מע מעג שוין פאַרקלאַפּן, אַ ?... װאָלאָוניק. 

נאָך מער נאָענטער מעכוטן פילט זיך דאָ בּאַ דער אַרבּעט 
דער געוועוענער בּאַלעגאָלע כאַזקל שפּאַק. 

דאָס נעמט זיך דערפון, װאָס אים האָט אַ מאָל פיליפּאָוו גע- 
זאָגט: , און אַז דו װעסט ניט אוּפהערן פירן צו דער גרענעץ, 


20 


װעל איך דיך שיסן". ער קאָן עס ניט פאַרגעסן -- אָט דאָס, װאָס 
אַזױ האָט פיליפּאָװו דענסטמאָל געזאָגט דאַפקע צו אים און ניט 
צו קיין אַנדערן, כאָטש עס איז גאָר אַ ליגן: פּיליפּאָוו האָט דאָס 
דענסטמאָל גאָר געזאָגט ניט אים, נאָר בּונעם דעם רױיטן, און דאָס 
דערנעענטערט אים שטאַרק צו אָט דער גאַנצער יונגער כעוורע. דאָס 
קומט אויך דערפון, ווייל ער, כאַזקל שפּאַק, איז שוין לאַנג אויס 
בּאַלעגאָלע -- ער איז שוין גאָר צוריק אַ פאַרבּער איז ער; ער 
פּאַרּבּט איבּער פאַרשידענע ווייסע לייוונטן אַף אַלערלײ קאָלירן-- 
אַף גרין, בּלאָװו, געל, פּאָפּיליאַטע און אַף אַלע איניינעם -- ס'איז 
אים אַ קליינע דײַגע, אַזױ זאָגט ער: 

-- אַבּי די גאָיעס צעכאַפּן עס און בּאַצאָלן מיט קאַרטאָפּליעס, 
מיט מעל, צי מיט אייער און אַמאָל אַפילע מיט אַ הון און מיט 
כאַזער-האָר, 

דאָס האָט ער פאַר דער כעוורע פון ,קלובּ" איבּערגעפאַרבּט 
עטלעכע ליילעכער אַף רוט -- זי טריקענען זיך נאָך בּאַ אים 
אינדערהיים. בּלויז איינער פון זיי ווינטלט זיך שוין פריילעך אַפן 
דאַך פון ,קלובּ"-- דאָס שטייט ער און שפּיגלט זיך אין אים. 

-- העל-רויט,--זאָגט ער, -- אַ ?... שיין ! די איבּעריקע װעלן 
נאָך זיין בּעסער -- טיף, טיף-רויט, 

-- כּאַזקל !--שרייט מען צו אים דורך א פענצטער פון קלובּ,-- 
איז װוּ זיינען די קלעזמער? אירטאָך געזאָגט, איר ועט זי בּרענגען... 

כאַזקל טוט זיך אַ כאַפּ, װי אַ יונגער, גרייט צו פאָלגן אַ גאַנג, 

-- לאָמיך אַזױ לעבּן,--שווערט ער, --איך בּין שוין געווען בּאַ 
זיי דריי מאָל... אָט לויף איך נאָכאַמאָל. איכן זי בּרענגען אַהער 
טויַט אָדער לעבּעדיק... אין אַ ליילעך װעל איך זײי בּרענגען.. 

די קלעזמער פאַרענטפערן גאָליכאָװקער װבּער; 

-- װאָס האָטן צו זיי, נעבּעך?--אַוַ ,כאַסענע" האָבּן זײ 
נאָך קיינמאָל ניט געשפּילט. 

-- מע מאַכט ,כאַסענע דער גאַנצער שטאָט".- זײי זעען 
דען ניט ?., 

די קלעזמער האָט כאַזקל צונויפגעשלעפּט אין קלובּ איייציקווייז. 

-- קאם מיט צאָרעס... -- האָט ער געזאָגט. 

אַז ער האָט געבּראַכט דעם לעצטן, איז שוין דערווייל געהאַט 
אויסגערונען דער ערשטער --אַ געל-בּערדלדיקער, אַ געשוירענער 


221 


מיט בּלאָװע פאַרזאָרגטע בּרילן און מיט אַ ריעך פון גערױ- 
כערטע פישלעך, כאָטש גערויכערטע פישלעך זיינען פון פאַר דער 
מילכאָמע אָן שוין גאָר נישטאָ אין פאַרקויף. כאַזקל איז שוין גע- 
ווען פאַרשוויצט און איז אַװעקגעלאַפן נאָכאַמאָל, 

-- ער איז דער גלאַװנע זײיערער,--האָט ער געפאָנפעט, -- 
איכל אים אויסזעצן די ציין... 

דער , גלאַװנע* איז געשטאַנען אינדרויסן לעבּן כײַקל בּערע- 
זאָווסקי, געשמעקט אַף אים מיט גערויכערט פישל, געקוקט אַף 
אים מיט די פאַרזאָרגטע בּרילן און זיך פאַרענטפערט, וי פאַרן 
רייכסטן בּאַלעבּאָס, פון וועמען ער האָט שטענדיק אַף אַ כאַסענע 
געהאַט פיל מער, איידער פון אַנדערע צען: 

-- װאָס-זשע ? איך װאָלט ניט געווען קאָנטעט, ווען מע לאָזט 
מיך צורו? 

דערנאָך האָט מען אין קלובּ, קעגניבּער די אָפענע פענצטער, 
פּלוצים אַ זונג און אַ שפּיל-געטון. פון אַלע זייטן האָט מען גע- 
געבּן אַהין אַ יאָג. דער טאָג איז געװאָרן אַ ניט-געוועזן נייער וי 
די פאָן אַפן דאַך; דער הימל -- אויך. גאָליכאָװוקע איז פאַרשטאָרבּן 
געװאָרן און זיך איינגעקוקט אין די געעפנטע קלובּ-פענצטער, 
דורך װעלכע מע זעט אַסאַך, אַסאַך אַנטפּלעקטע קעפּ, זיך 
איינגעהערט פונווייטנס אינעם געזאַנג.--אַ פרעמדער געזאַנג, אַן 
אַפּיקאָרסעס זיכערער, ניט אַזאַ שטאַרקער, וי האַרטנעקיק-פאַר- 
אַקלשנטער און פראַנק-פרייער -- פון אָפּענע פענצטער קומט ער. 

אונטער דער בּאַגלײטונג פון אָט דעם געזאַנג האָט כײַקל בּע- 
רעזאָווסקי מיט גרויס בּענקשאַפט זיך דערמאָנט, אַז ער איז גע- 
ווען אַ גװיר, ער האָט געהאַט אָט די שטובּ, די זעגמיל, דעם 
װאַלד צווישן בּראָזשע און פּידװעסאָקע -- ער איז געווען אַ מוצ- 
לעך, און מע פלעגט אים נאָכזאָגן אַ גלייך װאָרט. װאָס שטאַר- 
קער דער געזאַנג אין די בּרייט-פאַנאַנדערגעעפנטע פענצטער 
איז געװאָקסן, אַלץ מער האָט די בּענקשאַפט געוויגן אוּנטערן 
לעפעלע און צוזאַמען מיט איר איז געװאָקסן אין אים דער װוּנדער 
און דער פאַרדרוס, װאָס קיינעם פון די אַרומיקע אַרט עס ניט: 

-- זע נאָר ?!... קיינער שטעלט זיך אַפילע נישט אייןי. 

-- זע נאָר ?... מע האָט נאָך דערפון, וי האַנאָע.- 


222 


1את 


קיין קאַמינאָדבּאַלקע איז געקומען אַן אַרעמער גוי--פון מאָש- 
נער צעטריבּענעם ,קאָמבּעד". | 

פיליפּאָוו איז ניט געווען אינדערהיים : ער איז נאָך אַלץ מיטן 
,דאַזיעזד" אַרומגעפאָרן איבּער די דערפער און צװישן פאַרזאַמל- 
טע פּויערים אַרױסגעטראָטן קעגן די עס-ערן. 

דער גוי האָט זיך אַרומגעדרײט לעבּן דער קאַנצעליאַריע און 
האָט געגעסן אַלע מײַכאָלים, װאָס מע האָט אים געגעבּן. 

צװישן איין מײַכל און צװייטן האָט ער דערװײל געקײט 
בּרויט, װי אַ שטאַרק-אויסגעהונגערטער -- ער האָט זיך געגאַנ- 
װעט אַהער אַרום-און-אַרום מיט מאָשנער זוֹמפּיקע װעלדער און 
האָט עטלעכע מעסלעס גאָרנישט ניט געגעסן. 
איטלעכס מאָל, װאָס מע רופט אים אין קאַנצעלאַריע צו אַ 
נייעם פאַרהער, גייט ער דעריבּער אויך אַהין ניט װי אַ פוסט- 
און-פּאַס -- ער קײַט דערווייל, 

ער האַלט נאָך דערצו אין איין פּינטלען מיט די אויגן, וייל 
ער איז בּיכלאַל פון דערהיים זייער אַן אָרעמער פּויער און האָט 
נאָך דערצו די ,הינערשע בּלינדקייט"--אַזױ זאָגט ער: 

-- אַז עס קומט די נאַכט, זע איך ניט ווייטער פון זיך אַפילע 
אַף קיין טריט, 

פון אים שטאַמען די ערשטע יעדיעס: 

-- מאָשנע האָבּן אין דער נאַכט פון דאָנערשטיק אַף פרייטיק 
פּאַרנומען די עס-ערן --ניט אַלײן זיינען זיי--פון יענער זייט 
גרענעץ איז צו זיי אַריבּערגעקומען קאָצאַק מיט זיין בּאַנדע. 

בּאַם גוי האָט מען געפרעגט : 

-- אַסאַך ? 


223 


ער האָט אַף אַ רעגע אופגעהערט צו קייען: 

-- אַזױ.., בּעערעך... עטלעכע הונדערט. 

ער האָט אַ פּינטל געטוּן מיט די אויגן; 

-- מיט פּוליעמיאָטן, מיט בּיקסן, מיט אַלע דידאָזיקע זאַכן., 
זי האָבּן אַרעסטירט עטלעכע פוֹנעם קאָמבּעד. 

בֹּאַם גוי האָט מען געפרעגט: 

-- דעקרעטן... צעטלען האָבּן זיי אַרױסגעהאַנגען? 

ער האָט װוידער אופגעהערט צו קייען: 

-- מענטשן האָבּן געלייענט: , אױבּ מע װעט אין קאַמינאָ- 
בּאַלקע שיסן עמעצן פון זייעריקע, װעלן זיי צעשיסן דעם גאַנצן 
קאָמבּעד. 

בּאַ איגומענקאָ דעם מאַטראָס -- דעם נאַטשאַלניק איבּערן אָר- 
טיקן ,אָטריאַד" -- האָט זיך געשמאָלצן דאָס האַרץ. זיין פּאָנים 
איז געבליבּן זױערלעך-פאַרשלאָפן, 

-- נו, אָט: װער איז געווען גערעכט ? -- פיליפּאָװו, צי איך? 

ער האָט נאָך פריער געזאָגט: ,פּיזם... מיט אַכט און דרייסיק 
מענטשן פון קאַמינאָדבאַלקע טרעט מען ניט אַרױס אַקעגן מאָשנע: . 

-- מאָשנע ליגט אין װועלדער -- דאָ װעט מען זיך קאַם בֹּאַי 
לעקן מיט אַ גאַנצן פּאָלק". 

און פיליפּאָוו האָט זיך דענסטמאָל נאָך צעשריגן : 

-- ,פּפּאָלקן"! עס שטייט פון אייערעטוועגן צוגעגרייט !.., 

איז אָט -- זאָל ער זיך איצט קראַצן פיליפּאָװו, אויבּ ער איז 
שוֹין יאָ אַרױס אַזאַ,װאָיאַקע" פון דאָרט, פון די שאַכטעס פון 
זיינע... זאָל ער איצט מויכל זיין װערן אַלײין דער נאַטשאַלניק 
איבּערן , אָטריאַד" אוֹן אַליין פּראַװן -- אַ קנאַקער... זאָל ער זיך 
ניט מישן דאָרט, װוּ ער ווייסט ניט. 


צוריק גערעדט : 

איגומענקאָ מיט פיליפּאָוון -- פײַער מיט װאַסער. פון ערשטן 
טאָג אָן איז דאָ צװוישן זיי דורכגעלאָפן אַ שװאַרצע קאַץ. 

איגומענקאָ איז שוין אַ פּאָר מאָל געפאָרן אין דער ווייטלע- 
כער שטאָט מיטן הייסן בּאַשלוס ; 

-- פּאָטער : אָדער איך, אָדער ער. 


224 


געענטפערט האָט מען אים דאָרט אַלעמאָל זייער קאַלטבּלוטיק, 
נאָר אַזױ, אַז עס איז דאָך געװאָרן קלאָר; 

-- מע דאַרף אייך בּיידע אַף קאַפּאָרעס. 

מיט דעם האָט מען אים געװאָלט בּלויז לאָזן הערן, אַז קיין 
מעיוכאָסים זײַנען ניטאָ, 

ס'איז געווען אַ מײַסע אין די ערשטע טעג, װען מע האָט 
איינגעזעצט די בּלאָנדע: 

בּאַ דער בּלאָנדער אין קאַמער האָט אין מיטן נאַכט זיך 
שטאַרק צעוויינט דאָס קינד, זיך געריסן מיט די העכסטע קוילעס, 
װאָס אַ קינד קאָן. מעשוגענערווייז האָט די בּלאָנדע געקלאַפּט 
מיט בּיידע פויסטן אין טיר פון קאַמער -- רעציכעדיק און זייער 
לאַנג, איבּערגעשראָקן אין מיטן נאַכט אַלע אַרעסטירטע, געזידלט 
קאַמינאָ-בּאַלקע, די גאַנצע מאַכט, געגװאַלדעװעט, אַז די מינוט, 
די רעגע זאָל װערן דעם קינד אַ פלאַש מילך! 

פיליפּאָוו איז גראָד דאַן געלעגן מיט שווערע וייטיקן. ער האָט 
געהייסן ; 

-- זאָל עמעצער צוגיין אין נאָענטן דערפל נאָך מילך, 

איגומענקאָ האָט געענטפערט פאַר אַלע: 

-- נישטאָ מער קיין פּריצישע ניאַנקעס... זאָל ער אַלײין גיין,., 
ניט דערוף איז מען דאָ אַװעקגעשטעלט, 

מיַט גרוֹיסע ווייטיקן איז פיליפאָוו אין מיטן נאַכט אופגע- 
שטאַנען פון בּעט. 

דער סאָף איז געװוען: 

נאָך מילך איז דענסטמאָל געגאַנגען פּינקע וייל. 

קעדיי קיינער זאָל ניט בּלייבּן בּאַלײדיקט, האָט ער פאַרטאָג 
געבּראַכט פון נאָענטן דערפל איין פלאַש מילך אוּן צװיי פלע- 
שער בּראָנפן, געטרונקען נאָכדעם מיט אינומענקאָן בּיוז שפּעט 
אַפן טאָג, געװאָרן מיט אים שטאַוק כאַװער. װאָס מער איגו- 
מענקאָ האָט געטרונקען, אַלץ מער איז אים קלאָר געװאָרן דער 
ווייטיק פון זיין טײַנע אַקעגן פיליפּאָװן, אַלץ מער האָט זיך אים 
| געדאַכט, אַז ער איז גערעכט און אַז עס איז זײיער טיף, אָט 
דאָס װאָס ער שרייט בּאַ יעדן קלאַפּ אין טיש : 

-- װאָרעם, װיבּאַלד איך דאַרף דאָ שיסן קאָנטר-רעװאָליוציאָ- 
נערן, קאָן איך זיך דאָ ניט ניאַנטשען מיט קינדער! 


225 


נאָר פּינקע איז שוין אויך געווען שיקער און שטאַרק זיכער, 
אַז נאָך פיל טיפער און סייכלדיקער זיינען די װוערטער, װאָס ער 
זאָגט בּעייס ער נעמט אינומענקאָן אַרום; 

-- נו, גוט... קענסטוּ ניט... מוזטו קענען... אַ בּריירע?-- 
וועסטו זיך אויסלערנען ! 

די זאַך װאָלט ניט אַזױ גיך געװען פאַרגלעט געװאָרן, װען 
ניט דאָס, װאָס אַף דער בּלאָנדערס צווייטן אָדער דריטן פאַרהער 
האָט זיך גאָר אַרױסגעװיזן, אַז דאָס קינד איז גאָרנישט אירס. 
דאָס קינד האָט מען דענסטמאָל בּאַ איר צוֹגענומען, און איגו- 
מענקאָ אַלײן האָט זיך מער וי אַנדערע געשפּילט מיט דעם, 
בּעייס עס איז מיט געשוינדע פיסעלעך אַרומגעלאָפן אין קאַנ- 
צעליאַריע; איגומענקאָ האָט ליבּ בּאַקומען זיך אַראָפּצוזעצן צו אָט 
דעם דריטהאַלבּן יאָריקן מיידעלע, שמייכלען צו דעם, אַרױס- 
שטעלן די צונג און בּאַ דעם פרעגן: 

-- סקאַזשי קאַ, טיאָטיאַ, קודאַ ‏ טי יעכאַלאַ? 

און מאָדנע האַנאָע געהאַט, געװאָלט אַלע זאָלן קוקן, װי דאָס 
קינד שטופּט מיט אַ פינגערל צו אים אין דער פאַריסענער נאָז 
און װי עס ענטפערט מיט אַ פּופּע-קעלכל : 

-- עק טיעבּע... 

איצט אָבּער האָט איגומענקאָ איבּעראַנײס מיט װאָס צו קלאָגן 
זיך אין דער ווייטער שטאָט אַף פיליפּאָװן --ניט איבּער אַ קליי- 
ניקייט: 

-- זאָל מען זעען: צאָרעס מאַכט פיליפּאָװו אָן מיט זיין מישן 
זיך -- און אים צונעמען פונדאַנען -- װער איז געווען גערעכט? 
פאַראַן אַ לעבּעדיקער איידעס : דער גוֹיי.. 

נעמט פיליפּאָוו אינעם ערשטן פרימאָרגן, װי נאָר ער האָט זיך 
אומגעקערט פון די אַרומיקע דערפער (אומגעקערט האָט ער זיך 
שפּעט בּאַנאַכט) און הייסט בּאַנייס אַריינרופן דעם גוי צום פאַר- 
הער. ער אַלײן זיצט אויך דערבּײ. 

-- דערצייל פון אָנהײבּ,.- האָט ער געואָגט צום גוי, --אַלץ, 
װאָס דו ווייסט, | 

דער גוי האָט אופגעהערט צו קײַען און האָט אױסגעלײגט 
נאָך אַמאָל, װיאַזױ אין דער נאַכט פון דאָנערשטיק אַף פרייטיק 


226 


האָבּן מאָשנע פאַרנומען די עס-ערן, װיאַזױ צי זיי איז פון יענער 
זייט גרענעץ אריבּערגעקומען קאָצאַק מיט זיין בּאַנדע... אַסאַך, 
אַסאַך... 

פיליפּאָוו האָט אים איבּערגעשלאָגן : 

-- עפשער ניט קאָצאַק, נאָר אושאַק? 

און אַלײן האָט ער דערבּיי שאַרף געקוקט, װי דער גוי פּינטלט 
מיט די אַראָפּגעלאָזטע אויגן : 

-- מאַ -- בּוטע... אושאַקי.. 

די גאַנצע מײַסע האָט ניט געשטימט מיט אושאַקס צעטל 
אין אַפּטײק, אַז ער איז מיט די עס-ערן צעקריגט. 

איז אָט: | | 

איבּער אָט דעם גוֹי. 

פיליפּאָוו איז אַרױסגענאַנגען פון קאַנצעליאַריע, געהייסן גוט 
היטן די טויערן. ניט אַרױסלאָזן אין ערגעץ דעם גוי אָן זיין בּאַ- 
פעל און בּיכלאַל; 

-- אים גוט האַלטן אין אויג, בּעייס ער דרייט זיך אַרום 
אין הויף, 

איגומענקאָ, אַז ער האָט דאָס דערהערט, האָט ער אַזש אַ 
אַ קריץ געטון מיט די ציין און איז געװען אַלע קאָלירן--ניט 
בּלויז פון ראַכמאָנעס צו אָט דעם גוי. דער איקער איז, װאָט פי- 
ליפּאָוו האָט אַזױ זיך, מיט אַ זייט-גענגעלע געװאָרפן אַ כשאַד 
אַפן גױי: עפשער איז ער גאָר אַ פֿאַרשטעלטער, פון זי טאַקע-- 
פון די עס"-ערן אַלײן... זיי האָבּן, הייסט עס, אונטער זיך קיינעם 
ניט און האָבּן אונטערגעשיקט דעם גוי אויסקוקן און אָנשרעקן 

--אַהאַ !... א קלוגיטשקער אַזאַ, פיליפּאָוו... 

-- מע ווייסט די כאָכמעס ! 

-- אויבּ אַזױ, טאָ זאָל ער אליין מויכל זיין פּראַװןי. 


אין הויף האָט איגומענקאָ זיך געקלאַפּט אין האַרצן פאַר אַלע 
רױיטאַרמײער אין די אויגן און געשריגן, אַז ער איז דאָ מער 
ניט קיין נאַטשאַלניק פון , אָטריאַד?? 
-- זאָל ,ער", דער װאָיאַקע דער גרויסער אַליין איבּערנעמען 
אַף זיך די קאָמאַנדע! 


221 


-- ראָם-טעריבּאָם ! 

-- זאָל ער בּאַװייזן די קונצן פון די שאַכטעס.. 

אין הויף, צװישן די רױטאַרמײער -- אַ צעמישטער טומל, 

די שטימונג--ווי פאַר אַ שטרייק; קיינער טוט נישט 
גאָרניט, 

אין הויף דרייט זיך אַרום דער אָרעמער גוי פונעם צעטריבּע- 
נעם ,קאָמבּעד", קײַט בּרויט, פּינטלט מיט די אויגן און הערט 
זיך-צו צו אַלץ, װאָס מע רעדט, צו יעדן געשריי. 

דער אויסגעצויגענער אינדערפרי האָט אָנגעהױבּן אויסצוזעען 
אַנדערש, וי אַלע, ניי, װי גלייך פאַר אים איז נאָך קיינמאָל 
קיין אינדערפרי ניט געווען. בּאַ די ווייטע הויף-שטיבּלעך האָט 
מען איבּער עפּעס גענומען הילכיק צונויפשלאָגן אַ קעסטל -- וי 
אַף צו פּאַקעװען זיך, װי אַף אַהײים צו פאָרן; פון אױבּן, אַף די 
שפּיצן פון קאַמינאָדבּאַלקער זשאַװערנדיקע קלויסטערס, האָט פון 
אָט די קלעפּ, װי פריילעכער אַ װאַרעם-געטוּן די פאַרפּייסעכ- 
דיקע זון. 

אַרום עלף אַזײגער איז פיליפּאָו אַרױסגעקומען פון קאַנצע- 
ליאַריע, װי טאָמיד אינעם בּעקעש און אינעם שעפּסענעם מיצל, 
נאָר דאָס מאָל -- אָפּגעגאָלט, וי אַף עפּעס אַ יאָנטע, װאָס איז 
בַּאַװוּסט בּלויז אים אַליין. ער האָט זיך אויסגעהוסט, זיך אַ דריי- 
געגעבּן, אַ קוק געטוּן אַהין, װוּ איגומענקאָ שטייט און טײַנעט 
פאַר די רױטאַרמײער. ער האָט דערזעען, װי דער גוי דרייט זיך 
דאָרט אַרום מיט אַ קייענדיק מויל און האָט געהייסן מע זאָל 
אים בּאַלד איינזעצן. ער האָט צוּגעװאַרט בּיז מע האָט אים גע- 
בּראַכט דעם שליסל פון דער בּאַזונדערער קאַמער, װוּהין מע 
האָט דעם גוי אײינגעשפּאַרט, זיך אומגעקערט צוריק אין קאַנצע- 
ליאַריע און זיך אָנגעבּייזערט, פאַרװאָס ס'איז שוין עלף אַזײגער 
און ניטאָ נאָך אַלע בּאַ די טישן. מוסער האָט ער אַ זאָג געגעבּן 
בּלױיז דעם לאַנגן סליעדאָװאַטעל: 

-- ווער--ווער, נאָר דו, גוטער בּרודער, דאַרפסט זיין פלײ- 
סיקער, וי אַנדערע... דו ווייסט אַליין פאַרװאָס... | 

נאָר רויטע פלעקן האָבּן זיך דערפון בּאַזעצט גאָר בּאַ דער כאַ- 
ווערטע סאַשאַ אַפן פּאָנים. מע האָט אָנגעהױבּן אַף אַלע דריי טישן 
אויסלייגן די פּאַפּירן און אַרײנרופן צום פאַרהער. דענסטמאָל איז אין 


228 


קאַנצעליאַריע שװער-אָטעמענדיק אַריינגעקומען איגומענקאָ און 
פון גרויס אופגערעגטקייט געווען אימשטאַנד צו זאָגן ניט מער, 
וי די פּאָר װערטער : 

-- איך דין פון ערשטן טאָג אָן... דער רעװאָליציע... איך 
פּאָדער אים בּאַלד אַרױסלאָזן, דעם מאָשנער... -אַף מיין אַכראַיעס... 

נאָר פיליפּאָווס אַקשאָנעס -- זי האָט ניט קיין בּרעג. ער ענט- 
פערט ניט אינומענקאָן, קוקט זיך אַפילע ניט אום. ער איז גאָר 
שטאַרק אַרײנגעטון אין דעם, װאָס אין קאַנצעליאַריע קומט איצט 
פאָר -- לעבּן כאַװערטע סאַשעס טיש שטייען איצט אויג-אַף-איג 
שמועל װאָלציס מיט דער בּלאָנדער, װעמען ער האָט מער וי 
צוויי כאַדאָשיִם אױסבּאַהַאַלטן בּאַ זיך אין שטובּ, 

-- שפּעטער,--ענטפערט פיליפּאָוו איגומענקאָן, -- שטער ניט... 
װועסט עפשער גאָר אָנהײבּן טוּן אַן אַפּצעלאָכעס, װי צוריק מיט 
צוויי כאַדאָשים -- האָסט זי געהאַט אין די הענט, אָט דאָ, און 
האָסט זי אַרױסגעלאָזט. 

דערבּיי ווייזט ער אָן אַף דער בּלאַנדער. 

איגומענקאָ טוט אַ קרום מיט די האַנגלען, אַ קריץ מיט די 
ציין און גייט אַרױס. די אַרבּעט אין קאַנצעליאַריע פירט מען 
װײַטער, 


שמועל װאָלציס האָט געקוקט דער בּלאַנדער אין פּאָנים אַריין 
בּייז, װי אום שאַבּעס נאָך אַ שווערן טשאָלנטיקן שלאָף. 

אירע בּאַקן זײַנען געװען פרעמד און האָבּן געפלאַמט, װי די 
בּאַקן פון אַ פאַראַקשנטער און טרייף-שיינער כצופע -- גרינג אָפּ- 
געטן זיך װעט זיך אַזױנס ניט לאָזן. 

שמועל װאָלציס געפילן: | 

װי גלייך די בּלאָנדע גיט זיך אויס פאַר זיינס אַ װײַבּ. אים 
גייט עס אין לעבּן: ער מוז דאָ אַפן אָרט פון איר פּאָטער װערן. 
ער האָט אַ קוק געטון אַף איר מיט סינע, וי אַף אַ גרויסער 
אַרורע. זיינע געדערים האָבּן זי אַ שעלט געטון. ער האָט בֹּאַ 
איר געפרעגט: 

-- איך האָבּ געדונגען פאַר אייך פורן ?.., ווען האָבּ איך אײַך 
געדונגען פורן +- 


2209 


די בּלאָנדע האָט געטון אַ הוסטעלע, קעדיי די שטימע זאָל 
בּאַ איר זיין קלערער; זי האָט געענטפערט מיט אַזאַ קאָל, װאָס 
אַפילע, אַז זי זאָגט אַ ליגן, װעט דאָס אױך בּאַ איר אַ קרענק 
עמעצער ויסן ; 

-- נאָך מער וי געדונגען... מיט מיר געהאַנדלט... איר אַלע-- 
אײַער גאַנץ שטעטל. 

שמועל װאָלציס אויגן האָבּן זי געװאָלט דוירעס זיין.--זע !... 
עס קאָכט אין איר די סינע צו יידן.. זי יל מאַסערן גאַנץ גאָ- 
ליכאָווקע... און אַבּיסל עמעס שטעקט דאָך אין דעם: װאָס-זשעל... 
מע האָט ניט געהאַנדלט מיט אָט דער סכוירע?... נאָר שמועל 
װאָלציס האַלט, אַז אַפילע װוען מע האָט געהאַנדלט, איז ער אויך 
געווען לייטישער פון אַלע גאָליכאָװקער -- אַלע האָבּן ,געזשובּט", 
,געזשובּט", װי די כאַזיירים, און ער, שמועל, האָט פון אָנהייב אָן 
געטראַכט: ,מעט עס אויסקרענקען". 

ער האָט געפרעגט: 

-- אַז מע האָט אייך אומגעקערט פון דער גרענעץ, האָבּ איך 
זיך בּאַ אייך ניט געבּעטן: ,געפינט אייך אַן אַנדער סטאַנציע -- 
איך בּין אייך מויכל די פאַרדינסטן"? 

די בּלאָנדע האָט צונויפגעצויגן איין אייגל. די לעפּלעך פון 
איר קורצן נעזל האָבּן זיך פאַנאַנדערגעבּלאָזן, 

-- אַז מע האָט מיך אומגעקערט פון דער גרענעץ, -- האָט זי 
געזאָגט, -- האָט איר זיך דערפרייט איבּער מיר: איר מיט אײַער 
װײַבּ זײַט מיר אַרױסגעלאָפן יאַקעגן. 

בִּאַם טיש האָט מען אַ פרעג געגעבּן: 

-- און איר בּריוו ?... אירן אַ בּריוו האָט איר עמעצן אָפּגע- 
טראָגן ? 

בּאַ שמועל װאָלציס איז פאַרקילט געװאָרן אין האַרצן--הייסט 
עס: די בּלאָנדע האָט שוין אַרײינגעמישט דעם דאָקטער בּאַבּיצקי 
אויך... 

ער האָט אָנגעהױבּן אויסצולײיגן, וי אַזױ ניט ער און ניט 
דער דאָקטער האָבּן זיך ניט געװאָלט מישן אין אירע , געשעפ- 
טענישן"; וי אַזױ ער האָט אַרױסבּאַגלײט דעם דאָקטער אין הינ- 
טערהויז מיטן לאָמפּ אין די הענט; װי אַזױי ער האָט דאָרט גע- 
פרעגט: ,װער איז זי?* און װי אַזױ דער דאָקטער האָט אים 


230 


געענטפערט: ,היינטיקע צייטן.. אַז דו קאָנסט אַ מענטשן פון 
נעכטן, הייסט עס נאָך ניט, אַז דו קאָנסט אים היינט". 

פון דער שטילקייט אַרום טיש, פונעם פרומען סאַמעט אין די 
אויגן, װאָס קוקן צו אים, דרינגט שמועל װאָלציס, אַז אין זיינע 
רייד גלױבּט מען מער איידער אין דער בּלאָנדערס. ער הײבּט 
דעריבּער אָן אויסצולייגן, וי אַזױ , בּיז אָט דעם אומגליק" האָט 
ער שווער געאַרבּעט אַף דער זעגמיל בּאַ כײַקל בּערעזאָװסקי-- 
אַ ,נאַדדעזשטשיק" און וי אַזױ איצט, װען א ,נאַשיבּראַט" איז 
גאָר געװאָרן אַ שטיקל מעיוכעס... נאָר ער מוז װי אין טשאַד 
איבּערייסן. װאָס איז געשעען?... די בּלאָנדע יל אים ,סװי- 
טשען" אין די אויגן, אַז ער זאָגט אַ ליגן. שמועל װאָלציס קוקט 
ערשט איצט אַף איר רעכט בּײז: 

-- ,זעסט, צי ניין ?... אַ קופּערנער שטערן !" 

אויבּ אַזױ, װעט ער זי בּאַלד לייגן אין דער ערד - זאָל זי 
אים קוקן גלייך אין פּאָנִים; ער פרעגט בּאַ איר: 

-- איר האָט ניט געטון אין טױט אַרײן, מע זאָל אייך צו- 
נויפירן מיט פיליפּאָװון ? 

-- שאַ !... איר האָט זיך ניט בּאַרימט, אַז פיליפּאָוו װעט זיך 
אין אייך פאַרליבּן ? 

אַ שטילקייט אין צימער. 

אַ פּױזע פון קוקנדיקע אויגן. 

פיליפּאָוו האָט געפרעגט : 

-- קטאָ?... יאַדטאָ? 

בֹּאַם טיש האָט מען זיך פאַנאַנדערגעלאַכט מיט אַ בּעקיוונדי- 
קער היימישקייט, װאָס מיינט צו זאָגן, אַז דאָ זיינען קיין עלטסטע 
נישטאָ, נאָר אין אָט דער בּעקיוונדיקייט האָט זיך דאַפקע שטאַרק 
דערפילט, אַז דער עלטסטער איז דאָ פיליפּאָוו, 

-- כאָראָשאָ, -- האָט פיליפּאָוו איבּערגעהאַקט דעם געלעכ- 
טער, -- מאָושעט אי פּאָזשענימסיאַ. 

ער האָט דורכשפּאַנענדיק איבּערן צימער אַף איר אַ קוק געגעבּן. 

-- פּאָזשאַלוי, -- האָט ער אַרױסגעלאָזט, -- ראַדי ספּאַסעניאַ 
ראָדיני.., 

ער האָט זיך געלאָזט אַװעקגײן פון דער קאַנצעליאַריע אַזױ בּע- 
רויגעז, וי גלייך מע װאָלט אים דאָ אַפן רעכטן עמעס פירגעגעבּן זייער 


231 


אַ מיעסן שידעך, נאָר פון דער טיר האָט ער זיך אומגעקערט און 
האָט איבּערגעשלאָגן שמועל װאָלציס נײַע טײַנעס: 

-- אַלץ איינס, װער דו בּיסט געווען פריער, -- האָט ער גע- 
װאָרפן אַקעגן אים אין דער לופט מיט אַ האַנט, -- האָסט אױסבּאַ- 
האַלטן אָט דאָס גוטס בֹּאַ זיך אין שטובּ, איז צעצאָל זיך--וועסטו 
איצט גיין אַף עטלעכע כאַדאָשים אין קאָנצענטראַציע-לאַגער.. 
טשטאָ וי ?... שוטיעטיע?! 

און ער איז נאָך מער בּערויגעז אַרױס פון קאַנצעליאַריע. וי 
טאָמיד אין אופגערעגטע מינוטן, איז שוין פאַר אים אינעם , טשאָ 
װוי, שוטיעטיע ?* געווען פיל מער איידער מע קאָן מיט אָט די 
ווערטער זאָגן: יעדערער, מיט װעמען עס קומט דאָ אויס האָבֹּן 
צו טון, האָט זיך זיין אייגן װערימדיק ,שטיקל גערעכט" בֹּאַם 
אָנטון צאָרעס, בּאַם אונטערשטעלן אַ פיסל, און פאַראַן דער 
גרויסער ,גערעכט" פון דער רעװאָליציע -- צעטרעטן און פאר- 
בּרענען אין אומבּעראַכמאָנעסדיקע פייערן אָט די אַלע קליינע 
ווערימדיקע גערעכטעלעך, און אָט --איצט בּרענט ער מיט אַלע 
זיינע פלאַמען, דער ,גרויסער גערעכט": 

-- טשטאָ װוי?... שוטיעטיע? 

אין הויף האָט ער בּאַגעגנט יזי ספּיװאַק, אַ קוק געגעבּן אַף 
אים, זיך אָפּגעשטעלט, אַ רעד געטון מיט אים צום ערשטן מאָל 
היימיש, װי מיט אַן אָרטיקן, אַ פרעג געגעבּן, צי קאָן ער ניט 
דעם מאָשנער גױ: 

-- נו, אַזױ זיך, פון פריער -- פון דער אַרבּעט מיט די עס-ערן. 

יוזי איז בּלאַס געװאָרן און האָט געענטפערט ניט טייקעף און 
פוילבּלעך : 

-- אַזױ אַז קענטלעך זעט ער ניט אויס... 

ער איז נאָך מער בּלאַס געװאָרן און האָט צוגעגעבּן: 

-- אַ כשאַד קאָן מען פונדעסטוועגן האָבּן, 

-- נו, אָט.., 

און עס האָט אויסגעזעען, װי פיליפּאָוו איז געװאָרן בּאַ זיך 
שטאַרקער בּלויז פון דעם, װאָס ניט נאָר ער אַליין טראַכט אַזױ. 
ער איז צוגעגאַנגען צו די רױטאַרמײער, װאָס שטייען נאָך אַלץ 
אַרום איגומענקאָן אין אַ רעדל, און האָט גענומען אין זיי איינ- 
ריידן, װאַרפן אַקעגן זיי אין דער לופט מיט אַ האַנט: 


232 


-- װאָס איז מען דאָ?.. ציטעריקע איז מען דאָ?.. זיך 
דורכגעפאָרן אַף אַ שפּאַציר אוּן זיך אומגעקערט... געווען צוועלף 
װיאָרסט אונטער מאָשנע און מוירע געהאַט אַרײנצופאָרן אין 
דאָרף אַרײן... דאָרט האָט איר אַף איער זײַט די גאַנצע דאָר- 
פישע אָרעמקײט... איך קום אָן פון די דערפער: די אָרעמקײט 
איז אומעטום מיט אונדו! אַ בּיישפּיל און מער גאָרנישט--אָט 
האָט מען געדאַרפט זיי ווייזן... 

ער איז עטלעכע מאָל פון רעדל אופגערעגט אַװעקגעגאַנגען, 
נאָר אַלעמאָל זיך בּייז אומגעקערט צוריק: 

-- פּאָלקן זאָל מען אייך צוגרייטן! 

-- גאַנצע פּאָלקן ! 

-- זיי שטייען פון אײַערטװעגן אָנגעגרײט! 

-- וו זאָל מען אייך נעמען פּאָלקן? 

ער האָט, אַװעקגײענדיק, דערהערט, וי פונעם רעדל שרײַט 
מען אים נאָך: 

-- פאַרװאָס האָסטו, כאַװער נאַטשאַלניק, אַלײן ניט מױכל 
געווען צו פאָרן?! 

-- אַהין... טאַקע קיין מאָשנעי.. 

-- האָסט זיך אויסגעזוכט גרינגערס! -- אין די נאָענטע 
דערפער... 

-- אַהין, װוּ מע האָט דיר אױסגעבּעט מיט סאַמעט, בּיסטו 
געפאָרן... 

ער האָט זיך אומגעקוקט. 

-- איז איך !--האָט ער מיט אַן אַנגעגאָסן פּאָנים זיך געקלאַפּט 
אין בּרוסט, -- איז װאָס ?!.. איז נאַר איך אָפּ!.. 

און ער האָט מער צום רעדל ניט געװאָלט צוגיין. אַפן װעג 
צוריק אין קאַנצעליאַריע האָט ער װידער דערזעען יוזין, זיך אָפּ 
געשטעלט מיט אַ שווער-אָטעמענדיקער בּרוסט, מיט אַזאַ אויסזען, 
װי דער קאָפּ איז אים נאָך דאָרט.- בֹּאַם רעדל, און אַ זאָג גע- 
געבּן אַ פּאָר אומקלאָרע װוערטער: 

-- וועסטו עפשער שפּעטער אַרײינקומען... כאַװערטע סאַשאַ-- 
אויך... מעט זיך עפשער מעיאַשעוו זיין, 

יוזי האָט אים נאָכגעקוקט: צום ערשטן מאָל האָט דער מענטש 
געזאָגט: ,עפשער"... בּיז אַהער האָט ער געװוּסט אַלץ אַף זיכער. 


232 


עס איז געווען בּאַטאָג. פון די קאַמערעס האָט מען אַרױסגע- 
לאָזט אַפן שפּאַציר. אַ גרופּע אַרעסטירטע (צװישן זיי-- שמועל 
װאָלציס) האָט מען אָנגעזאָגט, זיי זאָלן זיין גרייט: מע װעט 
זיי נאָך היינט אָפּשיקן מיט אַ קאָנװאָי אין קאָנצענטראַציע-לאַגער, 
מע האָט אַפן שפּאַציר שוין געװוּסט אַלץ: עס-ערן אין מאָשנע, 
אושאַק אין גאָליכאָװקע, אַ גוי, װאָס מע װייסט ניט װער ער 
איז, און דאָ, אין קאַמינאָ-בּאַלקע אַלײן, איז מען, זעט אױס, 
אויך שטאַרק צעריסן צוישן זיך. מע האָט דעריבּער אַריבּערגע- 
קוקט איבּערן פּלױט מיט אַזעלכע װאַרטנדיקע, אויסקוקנדיקע אויגן 
און מיט האָפענונג: 

-- ס'איז נאָך גאָרנישט געזאָגט... עפשער װעט נאָך גאָר 
אינגאַנצן װוערן אויס ?., 

אויגן, װאָס קוקן אין הויף אַריין, זיינען געװען פול מיט 
װאַרטעניש. 

-- עס פעלט דען אַסאַך ?.. איין בּרויזעלע... 

נאָר דאָס , בּרויזעלע" איז ניט געקומען. 

עס איז געװוען מיט אַ פּאָר שאָ שפּעטער, ווען דער פרילינג 
אין דרויסן איז פּלוצים קאַליע געװאָרן, ווען עס האָט זיך בּאַנייס 
אָנגעכמאַרעט, וען פון צאָפן האָט אַ בּלאָז געגעבּן אַ נײיער 
קאַלטער װינט און עס האָט בּאַנײס אָנגעהױבּן שיטן אַ נײיער 
נאַסער און זייער גראָבּער שניי. 

אַרומגעװיקלט מיט שאַרפעס און מיט שמאַטעדיקע שאַלעכלעך 
און בּאַגלײט מיט בּאַװאָפּנטע רױטאַרמײער, האָט זיך אַרױסגע- 
גליטשט פון טויער אַ הויקערדיק הורטל פון אַ מענטשן פופצן-- 
אַ געמיש פון ייִדן מיט גויעס, װאָס זעט אויס פון וייטן, װי אַ 
כאַפּנדיקע לעװאַיע, און פאַרקערעװעט געשווינד רעכטס צום בּלאָד 
טיקן וועג אַף אויסצופעלן גאָליכאָװקע. מע איז געגאַנגען מיט 
אַזעלכע געפילן, וי גלייך דאָס אַלץ האָט שוין איינמאָל גע- 
טראָפן --- שוין לאַנג, לאַנג-- מע איז שוין איינמאָל אַזױ געגאַנ- 
גען, און דעריבּער איז עס אַ ,מוז", און עס קאָנען ניט אָפּהאַלטן 
ניט די בּלאָטע, ניט דער קאַלטער וינט, װאָס טרײיבּט אונטער 
פון צאָפן, ניט דער פּײַכטער גראָבּ-גראָבּער שניי, װאָס שיט אין 
אַלאַכסן, נעצנדיק די געהויקערטע פּלײצע, דאָס פּאָנים, די הענט 
און אַפילע די אויגן -- מע איז געגאַנגען ניט װי פאַר אַ פאַרדינט 


234 


אָפּקומעניש, פאַר שלעכטע מײַסים, נאָר וי גלייך מע טוט מיטן 
גיין אַ שליכעס פון גוירל. 

אינעװײיניק, אינעם געהויקערטן מענטשן-הוּרטל האָט מען זיך 
פון לאַנג שוין געקאָנט צװישן זיך; דאָרט זיינען געװען: דער 
בּאָכער, װאָס האָט געדינט בּאַ רעב אַרענען אין קאָזשעונע זאַ- 
װאָד, יאָכעלזאָנס װייבּ, װאָס איז שוין לאַנג פאַרבּרודיקט, מיט איר 
שיינעם פּאָנים, מיט אַלע אירע אונטערשטע און אײבּערשטע 
קליידלעך, און האַלט נאָך אין איין צופּודרען זיך, אין איין אונ- 
טערשפּריצן אַף זיך פון איר אױסבּאַהאַלטן פלעשעלע אָדע-קאָלאָן. 
דאָרט איז אויך געווען דער זײַגערמאַכער, װאָס איזן מער בּאַ- 
רעדעוודיק און לעבּעדיק, װי אַלע, נאָר דערפאַר, ווייל אַן עק, 
פּאָטער -- מע װעט כאָטש מער שוין ניט זאָגן אַף אים, ער איז 
אַ שפּיק, אונטערגעשיקט פונעם אָדן, דעם סליעדאַװאַכעל אַלײן.. 

בּלויז שמועל װאָלציס איז דאָרט געגאַנגען אין מיטן הוּרטל, 
וי איינער אַלײן, געגאַנגען פּאַרשטומט און דערהאַרגעט מיט 
עפּעס אַן אינעװייניקסטן רוקן צו אַלע אַרעסטירטע און מיט אַואַ 
מעפונעק-געפיל, װי גלייך זיי אַלע זײַנען ,פּאַסקודסטװע שעבּע- 
פּאַסקודטטװע" און נאָר ער, שמועל װאָלציס אַליין--װי ער 
װאָלט פון הוילער לײַטישקײַט זיך אַליין געהייסן מיט אָט דעם 
אוילעם גיין און אָפּקומען. ער האָט געהאַלטן אין קאָפּ דעם 
קאָנצענטראַציע-לאַגער, װוּהין מע פירט אים, און האָט געטראַכט 
מיט אָן שיר בּיטערקײַט, אָן אופהער : 

-- געאַרבּעט אַלע יאָרן אַװי שװוער בֹאַ בּערעזאָוסקין אַף 
דער זעגמיל --אַ נאַדדעזטשיק געװוען.. איזן אָט האָסטו דיר, 
פּלוצים... איצט, ווען אַ ,נאַשיבּראַט* איז גאָר געװאָרן אַ שטיקל 
מעיוכעס... 


235 


ואא 

-- נו אָט! 
-- שוין.., 
-- אושאַק האָט זיך בּאַװיזן לעבּן ווערמינסקער װאַלד, 
בּאַפאַלן צוויי פורן פּוערים צװישן טאַטאַראָווקע און ליובּאַן. 

-- אַ שפּיצל פון אַ בּאַנדיט ! 

-- געלאָוט אַ צעטל ,איך קום נאָכאַמאָלי, און געהאַלטן 
װאָרט,., 

אין דרויסן איז נאָך געווען פאַרטאָגיק-טונקל. דער טומל האָט 
אופגעוועקט קאַמינאָדבּאַלקע פון שלאָף: 

פון ליובּאַן און פון טאַטאַראָװוקע, צוויי אָרעמע דערפער, ווּ 
מע האָט פיליפּאָװון שטאַרק מיטגעפילט ערשטאָ, װען ער האָט 
דאָרט אַגיטירט אַקעגן די עס-ערן, זײַנען פיר גאָיִם--צו צװיי 
פון יעדער , קאָמבּעד* -- געקומען זיך קלאָגן און האָבּן טײַנעס: 

-- נו אָט ! 

-- שוין... 

װי שולדיק אין דעם װאָלט געווען בּלויז פיליפּאָוו, װאָס האָט 
צוריק מיט עטלעכע טעג בֹּאַ זי אַרױסגעטראָטן, 

בּאַ האָנעןדקרייען איז פיליפּאָוו אַרױס אין הויף אינעם בּעקעש 
אַפן אונטערשטן װעש, דערזעען, וי אין עק הויף לויפט מען 
איבּער מיט אָט דעם נײַס פון איין שטיבּל אין צווייטן -- פריילעך, 
מע האָט שוין בּאַ זיך געפּױעלט: אין אַלץ איז שולדיק בּלויז ער, 
פיליפּאָוו.., 

ער האָט אויסגעהערט די פּוערים זייער זויערלעך און פאַר- 
שלאָפן ; יעדער זויערער אָטעם -- אַ געמיש פון נימעס-געװאָרענע 
געפילן סײַ צו יענע, װאָס פאַלן אָן, סײַ צו יענע, װאָס קומען 
זיך קלאָגן. ער האָט בּערויגעז צו די פּוערים געזאָגט: 


236 


צי ר ור א . 


== 


שי יי 


: 
=! 


יי 


י" 
5 
שי 
3 
4ױ 


-- און װאָס האָט איר אַלײין געטוּן דערצו? -- איר, די ,קאָמ- 
בּעדן"? 

וי אַף צעלאָכעס איז ער אַװעק צוריק צו זיך אין צימער. 
דער הויף האָט זיך אָנגעכמורעט. די פּויערים זײַנען דאָרט גע- 
בּליבּן מיט זייערע טײַנעס. רױטאַרמײער האָבּן אויסגעהערט אַלע 
קלייניקייטן; װי אַװי אושאַק האָט אַפן וועג די פורן בּאַזוכט און 
צוגענומען אַלץ, װאָס מע האָט בּאַ זיך געהאַט: 

-- אויסגעטון די שטיוול אַפילע -- בּיזן העמד, 

-- געהייסן איבּערגעבּן, אַז ער װעט קומען אין די דערפער און 
װועט אױיסשנײַדן אַלע, װאָס האָבּן געהאַט צו טון מיט קאָמוניסטן.., 

דענסטמאָל איז פיליפּאָװו אין אופרעגונג נאָכאַמאָל אַרױסגע- 
קומען און האָט געהייסן די פּויערים פאָרן אַהײם. זיי האָבּן וי 
דער אָנגעהױיבּן טײַנען, האָט ער זיי איבּערגעשלאָגן : 

-- גוט, שוין געזאָגט... 

-- מע װעט אָנעמען מיטלען. 

עס האָט אויסגעזעען: ער האַלט זיך איין מיט אַלע קויכעס, 
ער זאָל ניט װערן אין קאַעס, 

די פּוערים זײַנען אַװעק, האָט ער זיך נאָך אַלץ אַרומגעדרײט 
אין הויף. אין פאַרשיידענע הויף-ווינקלען האָט אַרומגעבּלאָנדזעט 
זיין הוסט -- איינער אַ טרוקענער, הילכיקער און װאָכעדיקער 
הוסט גיט צו וויסן: 

-- אַזדאָך-און-װיי שוין צו אײַך אַלע... 

אַ פּוֹיזע. אַ צווייטער הוסט ענדיקט: 

-- אַזדאָך-און-װײי, ‏ אויבּ צװישן אײַך אַלע בּין איך דאָ דער 
איינציקער, 

ער האָט אַרײַנגערופן צו זיך כאַװערטע סאַשאַ און יוזי ספּיװואַק. 

זייערע מיינונגען : 

קלאָר... קיין סאַקאָנע... אַ הייפעלע בּאַנדיטן האָבּן זיך בּאַ- 
זעצט ניט װײַט אין אַ װאַלד.. נאָר פון דער אַנדערער זײַט.. 
פון הינטן -- די מאָשנער עס-ערן.. אַף אַרױסצורוקן זיך פון 
מאָשנע האָבּן זי קײַן קויכעס ניט... אָנקװעלן װעלן זיי... 

קעדיי צו דערװײַזן זיך אַלײן, אַז זי האָט פאַר פיליפּאָוון קיין 
מוירע ניט, האָט כאַװערטע סאַשאַ אַ פרעג געגעבּן: 

.-- און ווען מע שיקט דאָך אין שטאַבּ... נאָך הילף?... 


231 


דענסטמאָל האָט פֿיליפּאָו איר געהייסן בּלייבּן מיט אים אַלין, 
בּאַלײדיקט אַרױסגענומען אַן אױסבּאַהאַלטן פּעקעלע פּאַפּירן און 
איר בּאַװיזן : צוויי מאָל געשריבּן אין שטאַבּ, מע זאָל צושיקן 
הילף ; בּיידע מאָל האָט מען פון שטאַבּ געענטפערט מיט אַן אופ- 
שריפט , געהיים" : 

,מיר זיינען אַרומגערינגלט מיט אָן אַ שיר פראָנטן און האָבּן 
אַלײן װײניק קויכעס; קיין שום מאַכט װאָלט זיך מיט אַזױ װייניק 
מענטשן ניט געהאַלטן", 

און נאָך האָט מען פון שטאַבּ געענטפערט : 

,טוט, וו מיר : האַלט זיך אוף מיט אייגענע קויכעס". 

-- טשטאָ-װי ?...-- האָט ער בּאַלײדיקט געזאָגט צו כאַװערטע 
סאַשע, -- שוטיעטיע? 

און ער האָט זיך אַװעקגעשטעלט בּאַם פענצטער קוקן אין 
דרויסן. דאָרט איז געווען, װי אַפן האַרצן--אַ פאַרנאַכטיקע טונקל- 
ניש פון גאַנצפראָן. ס'האָט אי זומערדיק גערעגנט, אי וינ- 
טערדיק געשאָטן ; ס'האָט אַלעמאָל אופגעהערט און װידער אָנגע- 
הױבּן. װאַטאָװע-גראָבּער פּײַכטער שניי האָט פאַלנדיק געטוקט 
זיין קלאָרע װײַסקײַט גלײַך אין בּרוריקער קאַליזשע, געטוקט מיט 
אַ דעמעז, אַז אין לעבּן איז אויך אַז. 


אַרום צען אַזײגער אינדערפרי. 

אונטער טראָטנדיקע פיס האָט זיך שוין געפילט דערזעלבּער 
גװאַדז, װאָס טיף אונטער דער בּרוסט; געדאַכט האָט זיך: עס 
איז אַף לאַנג -- אושאַקס אַראָפּקומען אין דער געגנט האָט קאַליע 
געמאַכט דעם פרילינג גרינטלעך און אַף אייבּיק. עס האָבּן זיך 
געדענקט די וועגן אַרום ווערמינסקער װאַלד, װוּ ער געפינט זיך-- 
אויך בּלאָטיקע, פאַרפינצטערטע, קויטיקע, װי דאָ אין הויף. ס'איז 
נייטיק געווען בּאַלד, אַף דער הייסער שאָ צוגיין אין װײַטן הויף- 
ווינקל צו די רױטאַרמײער און אַװעקשיקן אַהין עטלעכע רײַטער ; 

-- גרייט זיך -- זעקס אַף פערד! 

נאָר אין די אויערן האָבּן נאָך אַלץ געקלונגען די נעכטיקע 
אויסגעשרייען: / 

-- ,האָסט זיך אויסגעזוכט גרינגערס". 


238 


-- ,וו ס'איז דיר אױסגעבּעט מיט סאַמעט בּיסטו געפאָרן"... 

און אַלץ, װאָס אַרום, האָט בּיז גאָר צערייצט און אופגע- 
בּראַכט. רױטאַרמײער האָבּן, װי אין אַ געוויינלעכן טאָג, געפירט 
די פערד צום בּרונעם, זיי געפוצט, געװאַשן און געשריען, וען 
אַ פערד שטייט ניט איין; כאַװערטע סאַשאַ איז געשווינד דורכגע- 
לאָפן פון איין װײַטן שטיבּל אין צווייטן, געטראָגן אין אײַלעניש 
צוויי בּעקנס, װי עפּעס אַף אַ סימכע... אויך זי איז דאָ געװאָרן 
אַ בּאַבּע: 

-- פאַרװאָס גייט זי ניט צו דער אַרבּעט אין קאַנצעליאַריע? 

אַרום האַלבּ עלף, 

פיליפּאָוו איז געגאַנגען בּאנײַס טײַנען און זידלען צוֹ די 
פערד-שטאַלן, װוּ עס פּאָרקען די רױטאַרמײער, דער אינעװייניק- 
סטער קאַעס האָט אַהין געשלעפּט און געצויגן. די פיס האָבּן פעסט 
אַהין געשפּאַנט. נאָר אַף אַ האַלבּ װעג איז ער שטיין געבּליבּן 
אינעװײיניק אין אים האָט דער קאַעס זיך געגעבּן אַ שאַר אַף רעכטס 
און אַף לינקס, און אַרױסגערוקט האָט זיך דאָרט דער אײַזערנער 
טראָפּן, װאָס קער צו דער רעװאָליוציע און האַרטעװעט און האַלט 
אָפּ... שטענדיק, אין אַלע שװערע מינוטן האָט אים אָט דער 
טראָפּן אונטערגעזאָגט דאָס נייטיקע, דאָס ריכטיקע, און איצט, פון 
נאָך דער נעכטיקער קריגערײַ -- עפּעס װי אַ זיפּ פאַר די אױגן, 
װי אַ נעפּל אַפן גאַנצן פאַרשטאַנד... 

ער האָט געדענקט די ענטפערס פון שטאַבּ. נאָר צוגיין מיט 
זי איצט צו די רױטאַרמײער האָט געהייסן -- אױיספּויקן זיי, דער- 
ציילן דאָס, װאָס וויסן מעג בּלויז איינער, און אַרױסשטעלן זיך 
אַלײין -- בּאַװײַזן און רײינװואַשן דאָס אייגענע ,שטיקל גערעכט"... 
שוין בּלויז פון אָט דעם געדאַנק אַליין האָט ער זיך אָנגעצונדן 
מיט זיין גאַנצן אינעװייניקסטן בּרען. טיף אין זיך האָט ער אָנ- 
געשריגן אַף זיין אייגענעם , שטיקל גערעכט". 

-- טשטאָ-װי?.. שוטיעטיע ?! 

די זיפּ מיטן נעפּל, װאָס הילן איין פון נעכטן אָן דעם פאַר- 
שטאַנד, האָבּן פון אָט דעם , טשטאַ-װי? שוטיעטיע?* אָנגעהױבּן 
צעגיין אוּן פאַרשווינדן. די פיס האָבּן פעסטער גענומען שפּאַנען 
צוריק אין קאַנצעליאַריע. איצט איז ער געווען פול מיט מידאַס- 
האַדין פונעם ,גרויסן גערעכט", אַלצײנס קאַלט און אַלצײנס 


239 


װײַט צו אַלע אַרומיקע פּונקט װי צו זיך אַלײן. ער האָט אין 
קאַנצעליאַריע געפרעגט: 

-- וועמענס פּאַפּירן גייען צוערשט ? 

אױיבּן-אוף זיינען געלעגן די פּאַפּירן פון אַנאַ אַרקאַדיעװנאַ 
מאָרזאָװיצקאַיאַ, אַ געוועזענע פרוי פונעם אַנטלאָפּענעם צאַרישן 
אָפּיצער יעסאַוּל זשאַראָוו (אין גאָליכאָװוקע האָט מען זי גערופן 
פּאָשעט -- ,די בּלאָנדע*). בּאַ פיליפּאָוון האָט מען געפרעגט: 

-- צוערשט די, אָדער אַנדערע? 

ער האָט ניט געענטפערט. סײ-װי-סײַ האָט ער שוין איצט צו 
אַלע אַרומיקע געטראָגן אין זיך דעמזעלבּן אומראַכמאָנעסדיקן בּאַ- 
שלוס, װאָס צו זיין אייגענעם ,, שטיקל גערעכט*. אין קאנצעליאַ- 
ריע איז דענסטמאָל אַרײנגעקומען יוּזי ספּיװאַק, ער האָט געהאַט 
איבּערצוגעבּן, אַז אַ װיאָרסט זעקס פונדאַנען, לעבּן קליינעם 
וועלדל האָט עמעצער געזעען בּאַ פיר--פינף פון אושאַקס בּאַנדיטן, 
נאָר פיליפּאָוו האָט אים בּאַלד, בּאַ די ערשטע װערטער, איבּער- 
געשלאָגן ; 

-- לאָז צורו,--האָט ער געזאָגט,--שטער ניט. 


עס איז געווען בּאַטאָג, בְּאַ אַ הימל, װאָס װיל זיך לײַטערן 
און פאַרציט זיך װוידער מיט נעפּל. 

נאָך דער אַרבּעט אין קאַנצעליאַריע איז פיליפּאָוו דורכגעגאַנ- 
גען די מיטלסטע אַלײע, די הענט -- פאַרלייגט אַרונטער, דער 
קאָפּ מיטן בּאַנדאַזשירטן האַלדז.- אַבּיסל אָן אַ זייט. פון דער 
זייט האָט זיך צו אים דערנעענטערט יי ספּיװואַק און אים גע- 
װאָלט עפּעס זאָגן, האָט ער אַ מאַך געטון מיט דער האַנט, מע 
זאָל אים לאָזן צורו. עס האָט אויסגעזעען, װי ער װאָלט װעלן 
זאָגן ; 

-- -- מיט ריידענישן װעסטו שוין איצט גאָרניט מאַכן -- מע 
דאַרף נעמען און טון, 

און ער איז אַװעקגעגאַנגען װײַטער. 

לעבּן די פערד-שטאַלן, װוּ יעדער געלעכטער און יעדער שטויס 
האָט דערמאָנט, אַז די פריילעכקייט איז דאָ אַ קראַנקע, האָט ער 
פאַרקערעװעט לינקס. ער איז פאַרשװוּנדן אינעם אָפּגעגרױזטן 


240 


ווינקל צװישן די אַרומבּלאָנקענדיקע פאַרדריפּעטע רעזערוו-פערד 
און האָט פון דאָרט אַרוסגעפירט די שװאַרצע שקאַפּע, אַף וועל- 
כער ער האָט געריטן פאַר זיין לעצטער קרענק -- אַ כודאָבּע מיט 
דרעמלדיקע אויגן, און מיט אַ לאַנגן פאַרדריפּעטן עק; פרעסן 
פרעסט זי דאָ גלײַך מיט אַלע, נאָר עפּעס, װי עס בּאַקומט איר 
ניט -- זי װוערט פון טאָג צו טאָג דאַרער. 

-- שטיי ! -- האָט ער אַף איר אָנגעשריגן. 

די שקאַפּע האָט מיט אַ פערדישן זיפץ געעפנט די דרעמלדי- 
קע אויגן און האָט פריילעכער אַף אים אַ קוק געגעבּן. דענסט- 
מאָל האָט ער גענומען זי פאַרצוימען און אָנזאָטלען. ער האָט עס 
געטון ניט געײַלט, נאָר זיכער -- צופרידן, װאָס קיינער טוט דאָ 
פאַר אים גאָרניט, זיינע פעסטע, גלײַכמעסיקע בּאַװעגונגען האָבּן 
אים װי געהאָלפן צו האַלטן אָן אופהער אַפן קאָפּ דעם ווערמינ- 
סקער װאַלד, װוּ אוּשאַק געפינט זיך: 

-- דערגיין, צוערשט, וויפל זײַנען זיי דאָרט,., 

-- פאַרשטייט מען... עס האָבּן נאָך גאַנץ פרי בּאַדאַרפט אַהין 
אַװעקלױפן... 

מיט אָנשטרענגונג בּיז ציין-פאַרקװעטשן האָט ער פאַרצויגן 
דעם פּאַס אונטער דער שקאַפּעס בּויך און געענדיקט אין גע- 
דאַנק: 

-- אַ מענטשן זעקס... | 

איצט האָט ער דערהערט, וי הינטער זיינע פּלײצעס רופט 
מען אים זייער ניט זיכער -- אַן אָפּגעשװאַכט קאָל פּרוּװט דאָרט 
אַלעמאָל צו װערן שטאַרקער און בּלײַבּט דאָך שװאַך. זײַנע 
אויגן האָבּן זיך אומגעקוקט זייער פּאַמעלעך, װי אָן גלױבּן -- זי 
האָבּן דערזעען, צוערשט, אַסאַך, אַסאַך, פלעקן אַף כאַװערטע סאַ- 
שעס פּאָנים און נאָכדעם --כאַװערטע סאַשען אַלין, איר ראָז 
ציצן קאָפּטל, אין וועלכן זי איז, װי אין איין אָטעם אַרױסגעלאָפן 
אין דרויסן. אירע ליפּן זײַנען געװען בּלאַס. אירע אױגן האָבּן 
צוגעפּינטלט און זיך געקנייטשט, וי טאָמיד, ווען זי דערפילט פון 
אים, פיליפּאָװן, אַז אַרום-און-אַרום איז אומרוּיק, 

-- און איך, האָט זי געקנייטשט די אוגן, -- איך האָבּ דיך 
גאָר געװאָלט בּעטן... זאָלסט אויך אַרײַנקומען, כאַװער פיליפּאָוו... 
בּאַ מייר איז הײַנט אימענינעס... 


211 


אירע אַקסלען זײַנען פון ניט ענדיקן געבּליבּן אונטערגעהויבּן; 


אין אירע אַראָפּגעהאַנגענע הענט האָט זיך געפילט דיזעלבּע פאַר- 


לאָרנקײַט, װאָס אין אירע צוזאַמענגעצויגענע אויגן און אין איר פּאָנים: 

-- ,איז װאָס-זשע װעט זיין ?.. װאָס װעט זיין?",., 

-- אַך... אַזױ גאָר..---האָט ער געזאָגט,-- אימענינעס... 

ער איז שוין וידער געשטאַנען צו איר מיטן רוקן, געקוקט 
צום פערד, געפּרוּווט מיט קויעך, צי דער זאָטל זיצט פעסט. טיף 
אונטער אַלע געהאַרטעװעטקײטן האָט אַ נאָג-געגעבּן אַ געזעגן- 
געפיל צו די כאַדאָשים, װאָס מע האָט דאָ איניינעם געאַרבּעט: 
װאָס טוט זיך מיט איר... צי איז זי וירקלעך מעשוגע אַף 
פּראַװען אימענינעס איצט, אין אָט דער צייט? צי עפשער האָט 
זי פאַרטראַכט מאַכן אַ שאָלעם דאָרט, אַרום איר טיש -- װייבּער- 
שע דיפּלאָמאַטיע, װאָס 9.., 

-- כאָראָשאָ, -- האָט ער געענטפערט, ניט אומקוקנדיק זיך, -- 
איך װעל אַרײנקומען. סלי-װי-סלי... מיינע אַ בּיקס שטייט דאָרט בּאַ 
דיר... איך דאַרף זי איצט האָבּן... 


פאַר אַ נאָװענע האָט מען געשאָטן צוקער אין דער הייסער 
טיי און דערבּיי צוגעשמייכלט, וי גלייך מיט יעדן ניי-אַרײנגעשאָ- 
טענעם לעפעלע איז מען זיך נויקעם אין דער װעלט-בּורזשואַזיע: 

-- אָט אַזױ האָט זי געטוּן, אַרוכן איר קישקע! 

מע האָט כויזעק געמאַכט פונעם סליעדאָװאַטעל אַנדרעיעװ : 

-- שיט, שיט,,, 

-- זשאַלעװע ניט, גוטער בּרודער. 

-- ווייז, וי אַזױ האָסטו געטוּן אין די גוטע יאָרן.. 

אַף אָפּצוטשעפּען זיך האָט פיליפּאָוו געענטפערט דער כאַווער- 
טע סאַשען: 

-- ניע זנאַיו קאָגדאַ מאַי אימעניני, 

-- קאַק בּודטאָ ליש וו אָקטיאַבּריע אי ראָדילסיאַ. 

אַקעגן האָבּן אַ בּליץ געטון איגומענקאָס אױגן; 

-- אַלץ וועגן זיך... וועגן זיין אייגענער פּערסאָנע! 

ער האָט אַרוסגערופן עמעצן פון צימער אַף אַ סאָד, זיך אומ- 
געקערט און אַרוסגערופן אַ צװייטן, אַ דריטן. אינעװייניק, אין 


242 


יב 


פּיליפּאָװן, האָט זיך אָנגעצונדן דער פאַריבּל אַף כאַװערטע סאַשע : 
,נאָך װאָסיזשע האָט זי אַהער גערופן ?* און בּאַלר איז אַפן זי- 
נען אַרופגעקומען די אָנגעזאָטלטע שקאַפּע, װאָס װאַרט הינטערן 
פערד-שטאַל, די בּלאָטיק-קױטיקע וועגן אַרום ווערמינסקער װאַלד 
האָבּן צו זיך אַ צי געגעבּן, װי אַ לייכט װינטל, װאָס װיל מיט 
פרישקייט אַ גלעט געבּן די אויגן און דעם שטערן. 

-- אַ מאַלטשיק בּיל כאָראָשי, -- האָט ער זיך דערמאָנט, ועגן 
װאָס כאַװערטע סאַשא האָט אים געפרעגט פריער, 

איצט האָט ער דערציילט, װי אָרעם ער מיט זיין בּאַבּען-- 
אַ מאָגערע בּיז גאָר, אַ גרויסע ציילעמניצע -- האָבּן געלעבּט אין 
פאָרשטאָט פון דער גרויסער שטאָט לעבּן די שאַכטעס. קיין מו- 
טער האָט ער ניט געהאַט. עס האָט אויסגעזעען, װי זיין בּאַבּע 
װאָלט אף דער עלטער געהאַט ניט קיין קינד, נאָר אַן איניקל. 
ער געדענקט: רויטע טריפנדיקע אויגן, אן איינגעפאַלן מויל, װאָס 
שמעקט מיט אָפּגעלאַָשענער סרייפע, אַן אַלטע פאַראַקשנט-גלױבּי- 
קע פּלײיצע און אַ בּיינערדיק דאַרע האַנט, װאָס שלאָגט אים, 
פאַרװאָס ער קניט שלעכט פאַר די בּילדער -- דער לעצטער פון 
אירע דריי געשטאָרבּענע מאַנען איז געװען א קאַטױלישער; זי 
ווייסט שוין דעריבּער אַלײין ניט, צי זי איז קאַטױליש, צי אַ רעכט- 
גלױיבּיקע און שטעלט דעריבּער ליכטלעך אי אין קאָסטיאָל, אי אין 
קלויסטער -- אין בּיידע שלעפּט זי אים מיט זיך, ער זאָל דאָרט 
מיט איר קניען, און אים איז דער איקער, װאָס לעבּן בּיידע שטייען 
בּאַם אַרײנגאַנג קאַפּצאָנים, עס וילט זיך אָנעמען איינעם פון זיי, 
אַ בּלינדן, און אים אַװעקפירן, זיך אַװעקשאָקלען מיט אים איבּער 
דער וועלט-- דאָס בּעסטע איז פירן אַ בּלינדן און קוקן דערבּײי 
אַף מענטשן מיט אויגן, װאָס װילן איינצייטיק אי ויינען, אי 
לאַכן... 

-- אַ מאַלטשיק בּיל כאָראָשי.. 

בּיז צוועלף יאָר האָט ער ניט געהאַט ניט קיין שיך און ניט 
קיין היטל, הינטערן הויכן פּלױט פון דימענטיעווס גרויסן גאָרטן 
האָבּן אים דעריבּער דאָרט אין פאַרשטאָט כאַװײירים טאָמיך גע- 
הויבּן אַף די אַקסלען, ער זאָל אַריבּערקריכן און אָנרײיסן פרוכטן, 
ווייל סלי-וויסיל, אַפילע אַז מע װעט אים כאַפּן, איז װאָס װעט מען 
בּאַ אים אַראָפּרײיסן ? 


243 


און ניט דאָס גאָר האָט זיך געװאָלט דערציילן, 

דער בּאַבּעס בּיינערדיק-דאַרע האַנט װעקט פאַרטאָג פון שלאָף -- 
נאָר אַ פרומע בּאבּע אַ ציילעמניצע קען מיט אַזאַ אַכזאָריעס וועקן 
פון שלאָף אַ קינד. אין שלעפעריקן וייטיק פאַרקרימען זיך די 
יונגע מוסקולן אַרום די אויגן אוּן מאַכן זיך אוף. בּאַנאַכטיק-שטיל 
קלאַפּן אין פאָרשטאָט די טירן. אַ שלעפעריק לעמפּל לעשט זיך 
אויס אין איין שטובּ און צינדט זיך אָן אין אַ צװייטער -- מע 
גייט פוּן פאָרשטאָט צו דער אַרבּעט אין די שאַכטעס. עס מעראַ- 
קעט אַף אַלע גרויע פאַרטאָגיקע פליסיקייט : אַסאַן, אַסאַך גייען, 
און אויך ער - די בּאַבּע פירט. אַקעגן, אין דער בּערגיקער 
שטאָט-געדיכטעניש טוען אַלע איניינעם אַ ליאַרעם צו דער יזאַוּ 
טרעניע" די קלויסטערס און מאָנאַסטירן. זייער פּלױדער זעצט 
אַראָפּ די בּאַבּע אין מיטן בּלאָטיקן טראָטואַר אַף די קני און 
צווינגט זי זיך ציילעמען : 

-- קני,--האָט זי, ציילעמנדיק זיך, אַף אים אַ געשריי געטון. 

און אָקאָרשט דאַן האָט ער מיט שרעק דערפילט, אַז דאָס 
פירט זי אים דאָס ערשטע מאָל אַהין--- אין דער פאַבּריק, װאָס 
לעבּן די שאַכטעס -- צו דער אַרבּעט. 

אַרום טיש -- אויסער דער כאַװערטע סאַשא איז שוין ניט 
געווען קיינער. דער כאַװערטעס סאַשעס פּאָנים מיט די רױטע 
פלעקן, צוזאַמענגעצױגענע אויגן און מיט דער אײיבּערשטער אָפּי 
געשטאַגענער לק אע ליפּ -- וי זיי װאָלטן ניט אופגע- 
הערט צו פרעגן : 

-- איז װאָס-זשע װעט יי ?. - װאָס-זשע ועט זיין ?1.., 

אַ בּענקשאַפט, וי זי װאָלט קומען פון די נאָגנדיקע קינדער- 
יאָרן, האָט װידער אַ צי געגעבּן צום אָנגעזאָטלטן פערד, װאָס 
אין דרויסן, צו די בּלאָטיקע וועגן אַרום ווערמינסקער װאַלד. 

-- װאַרט,--האָט ער זיך דערמאַנט, -- מיין קליינע בּיקס. כ'האָבּ 
זי דאָ אַנומלטן איבּערגעלאָזט,.. 

דערנאָך האָט כאַװערטע סאַשאַ דערציילט, אַז װען זי האָט 
אים דערלאַנגט די בּיקס פון ווינקל, האָט ער צו איר געזאָגט: 

- ,האָסט זיך אויסגעזוכט גרינגערס", האָט מען מיר נעכטן 
געשריגן... אַ טערעץ. אַ ?... דעריבּער טוט מען גאָרנישט... 


244 


יע 2 יט 


עס האָט געבּלאָזן אין פעלד, וי פון אַ פאַרהוילענעם פייכטן 
קעלטער, 

עס האָט גאָרניט װי צו פּייסעך-צו אַ שמיס געגעבּן אין 
אַלאַכסן מיט האַרטע געפרוירענע גרײפּעלען, אופגעקלויצעט די 
לופט, װי אַ גרויע רעפוע אין אַ פלעשעלע. אַף אַ רעגע איז גע- 
װאָרן ליכטיקער. דער וינט איז פאַרשװוּנדן, און נאָכדעם איז 
שוין װידער געגאַנגען פון אױיבּן אַ נעפּל, װי עס גייט אַ רעגן 
אָדער אַ שניי, שווייסיק געמאַכט דאָס פערד אוּנטער פיליפּאָון, 
גענעצט דאָס ר און די הענט. פון נאָענטע זומפּן האָט 
אַ צי געגעבּן אַ רייעך פון פוילע געוירצן. הייזעריק און פאַר- 
קילט האָט דאָרט צו פאַרנאַכט-צו אַ גרילץ געטון אַ פויגל, און 
וי אַן ענטפער אַף אָט דעם גרילץ האָט זיך אָפּגערופן דער בּיי- 
זער קרעל אונטער דער בּרוסט: 

-- ,האָסט זיך אויסגעזוכט גרינגערס", האָט מען נעכטן גע- 
שריגן.., 

-- אַ טערעץ, אֵ? 

און ער האָט אַף צעלאָכעס פאַרקערעװעט לינקס צום וועלדל-- 
אַהין, װוּ מע האָט בּאַטאָג געזעען פיר -- פינף פון אושאַקס בּאַנ- 
דיטן. צוזאַמען מיט אים האָבּן זיך געטרייסלט אין זאָטל די ווער- 
טער, מיט וועלכע ער האָט װעגן זיך דערצײלט בּאַ דער כאַ- 
ווערטע סאַשאַ -- זיך געטרייסלט מעכאַניש און אָן שום געפילן; 
ער האָט מיט זיי װוי אונטערגעטריבּן דאָס פערד : 

-- אַ מאַלטשיק בּיל כאָראָשי... 
- = אַרום ועלדל איז געװען פּוּסט. ער איז דאָרט אַרומגעפאָרן 
אַף די גראָבּנס פון רעכטס און פון לינקס און האָט קיינעם ניט 
געפונען. װי רויך פון שלעכטער שווייסיקער הייצונג, האָט דער 
! נעפּל דאָ שיטערער, דאָ געדיכטער זיך געקוליעט גאָר נידעריק בּאַ 
די שטאַמען. עס האָט אָנגעהױיבּן נאַכט ווערן. ער האָט אָפּנעשטעלט 
דאָס פערד און זיך איינגעהערט: 

-- ניטאָ קיינער... עס זאָל זיי אויסרייסן... 

די שטילקייט איז געװען אַזאַ, װי זי װאָלט זיך ציען פון 
יעדן בּוים בּאַזונדער און פונעם גאַנצן וועלדל פון עק בּיז עק, און 
פון דערדאָזיקעד שטילקייט האָט אָנגעכאַפּט אַ ווייטיקלעכער פאַר- 
דרוס -- אומקערן זיך איצט לעבּעדיק צוּריק קיין קאַמינאָ-בּאַלקע, 


245 


אומקערן זיך אַהין אָן גאַרנישט הײיסט: געבּן דאָרט אַלעם די 
מעגלעכקייט צוּ בּלייבּן בּאַם טערעץ: ,האָסט זיך אויסגעזוכט גרינ- 
גערס"... און װידעראַמאָל -- מאָשנע, אוּשאַק, ווידער װעט מען 
פוּן די אַרומיקע דערפער קומען זיך קלאָגן... 

שוין פוּן דער פאַרשטעלונג, װוי אַזױ ער קומט אַהין צוריק אָן 
גאָרנישט, האָט אָנגעכאַפּט אַן עקל צוּ זיך אַלײן, צו דער לאַגע, 
װאָס איז אַרום-און-אַרום געשלאָסן. ער איז אַראָפּגעקראָכן פונעם 
פערד און האָט װי אַף עפּעס געװאַרט, װי אף עפעס בּאַשטעל- 
טעס. דערנאָך איז ער װידער געריטן פאַרבּיי דעם ועלדל, 

די נאַכט האָט אָנגעהױבּן צופאַלן אַ מער טונקעלע. דער וועג 
איז מיט אַ קליינעם בּאַרג-אַרוּף אַװעק אַ מער האַרטער. די שקאַפּע 
האָט אונטער אים אָנגעהױבּן קאַם-קאַם אונטערצולויפן און אונ- 
טערטרייסלען אין אים דעם פאַרדרוס, דענסטמאָל, וען ער אַלײן 
האָט מער וועגן גאָרנישטניט געטראַכט. פון אַלע האַרטע געפילן, 
מיט וועלכע ער האָט בּאַטאָג געזאָטלט הינטער דער שטאַל די 
שקאַפּע,.--געפילן, אַז ער פאָרט די געשלאָסענע לאַגע אופשליסן,-- 
איז שוין איצט ניט געבּליבּן אַפילע קיין שפּור. א שװערער, אַ פאַר- 
קלייסטערט-גרויזאַמער מיט אַ בּאַנדאַזשירטן האלדז, מיט אַ שטימע, 
װאָס וען זי װאָלט איצט אָנהײבּן רעדן, װאָלט זי גערעדט הי" 
זעריק, איז ער געזעסן אין זאָטל און װי געצװוּנגען, ניט אופהייבּנ- 
דיק די אויגן, זיך צוגעהערט צו דער שטילקײט אַרום װעלדל, 
װאָס דראָט אים מיט אומקומען. דער שלעפעריקער קאָפּ האָט זיך 
אַלץ מער און מער אַראָפּגעלאָזן, און דאָס פּערזענלעכע אַנאַסטאַ- 
סיעוו-געפיל איז אין אים פון רעגע צו רעגע געװאָרן אַלץ מער 
טעמפּער און טעמפּער אונטערן דרוק פון יענער גרויסער זאַך, צו 
וועלכער ער האָט געדינט זײַן גאַנץ לעבּן זינט זיין בּאַבּע האָט 
אים אַמאָל אין אַ פאַרטאָג אָפּגעפירט צו דער פאַבּריק--געדינט אין 
די שאַכטעס און, װאַלגערנדיק זיך איבּער טיורמעס אין סיבּיר, גע- 
דינט אַף קאָלטשאַקישע און אַנדערע פּראָנטן, געדינט אין קאַמי- 
נאָדבּאַלקע. ער האָט אויך װעגן דעם ניט געטראַכט. מיט אַ טיפער 
דרעמלדיקער בּענקשאַפט האָט ער איצט בּלויו געװאַרט אַפן סאָף 
פון זיין דינען, פילנדיק, אַז דאָס קאָן און מוז זיין אויך דער סאָף 
פון אים אַלײין--פון פיליפּאָװון, װאָס האָט בּיז דער רעװאָליוציע גאָר 
געהייסן אַנאַסטאַסיעװ, נאָר פאַרפאַלן--װוען מע בּרענגט אים איצט 


246 


קיין קאַמינאָדבּאַלקע אַ געהאַרגעטן דורך די בּאַנדיטן, װאָלטן אַלע 
דאָרט אופגעבּרויזט און װאָלטן אַרױסגעטראָטן אַקעגן מאָשנע.. 
ער האָט װעגן דעם קימאַט קיין איין מאָל ניט בּאַשלאָסן -- ער 
האָט בּלויז אין זיך מיט אַלע דרעמלדיקע געפילן געפילט, אַז די 
זאַך, וועלכער ער דינט, פאָדערט עס, ניט מינענדיק אים פּער- 
זענלעך, פונקט װי ניט פּערזענלעך האָט מען אָפּטמאָל געמיינט 
יענע, װאָס אַף צו שיסן זיי איז ער אַלײן געװען דער לעצטער 
,יאָדזאָגער". די שווערקייט, װאָס אין קאָפּ און אין אַלע גלידער, 
האָבּן אים געגעבּן צו פילן, אַז פאַר אים זיינען איצט מעגלעך די- 
זעלבּע ליידן און דערזעלבּער טױט.,. און ניט צו העלפן--אַזױ איז 
אױסגעפאַלן. 

-- נאָ!-- האָט ער אַ טרײַבּ געטון אונטער זיך דאָס פערד. 

און ער האָט פאַרקערעװעט אין דער זײַט פון וערמינסקער 
װאַלד, 


אַ שיסעריי האָבּן אין דאָרף טאַטאַראָווקע געהערט נאָר יענע 
פּויערים, װאָס זייערע הויפן גרענעצן מיט װערמינסקער װאַלד. 
געווען איז דאָס--װי עס האָבּן געזאָגט אייניקע--שפּעט בּאַנאַכט; 
װוי עס האָבּן געזאָגט אַנדערע--מיטן גרויען טאָג-ליכט. 

צו יענע פּויערישע הױיפן זיינען גאַנצפּרי אָנגעלאָפן אַף פערד 
עטלעכע פון אוּשאַקס בּאַנדיטן און האָבּן געפאָדערט, מע זאָל זײ 
געבּן ריינע האַנטעכער אף איבּערצובינדן ; זי האָבּן זיך אויך דער- 
פרעגט, צי אין דאָרף איז נישטאָ אַשטיקל אַפּטײקל, און פון דעם 
האָט מען געדרונגען, אַז אויך זיי האָבּן יעדנפאַלס איינעם אָדער 
צוויי פאַרװוּנדעטע. בּײַַם פּויער בּעזקרעניוק, װוּ מע האָט זיי גע- 
געבּן די האַנטעכער, האָבּן זיי אַף איין וועגס שוין אויך צוגענו- 
מען אַ מעשענעם סאַמאָװאַר, צוויי שעפּסעלעך מיט אַ יונג קעל- 
בּעלע. זיי האָבּן זיך בּאַרימט ; 

-- ,מיר האָבּן בּאַנאַכט געהאַרגעט אַ העכט". 

מע האָט וועגן דעם געגעבן צוּ װיסן קײַן קאַמינאָדבּאַלקע. 


241 


211 


אין קאַמער, װוּ עס זיינען געזעסן סאָפיאַ פּאָקראָווסקאַיאַ אוּן די 
בּלאָנדע--אַ היפּשע, אַ פירעקיקע מיט אַ ליימיקער פּאָדלאָגע--האָט 
אין אונטערשייד פון אַלע אַרומיקע קאַמערעס געשמעקט ‏ מיט פאַר- 
שלאָפענער רייזע, מיט בּאַנאַכטיקער קופּע, װווּ עס פאָרן לויטער 
לײַטישע מענטשן--לײַטיש און שטיל! טוט מען אַפילע די נייטיק- 
סטע בּאַדערפענישן. עס האָט בּלויז געפעלט, אונטער דער קאַמער 
זאָלן מיט גרויס געשװינדקײַט זיך דרייען רעדער. צי מע איז 
דאָרט געשלאָפן צי ניין--סײַ-װי-סײַ איז מען פון טכילעס אָװנט 
געלעגן מיט פאַרמאַכטע אויגן. די לופט אין קאַמער איז אויך גע- 
שלאָפן--זי האָט אָן אופהער געלעכצט נאָך אַ רייעך פון לימענעס 
און פון מאַראַנצן, 

אין דער בּאַנאַכטיקער פינצטער האָט מען קײַן פּענימער ניט 
געזעען. אין צוויי ווינקלען---װײַט איינע פון דער אַנדערער--זײי- 
נען בּיידע פרויען, וי פּלאַצקאַרטע-פּאַסאַזשירן, געלעגן יעדערע 
אַה איר מאַטראַץ און קימאַט ניט געקוקט איינע צו דער אַנדע- 
רער--יעדער שמועס, האָט זיך אַרױסגעװיזן, לאָזט זיך אויס מיט 
מעװאַזע זיין איינע די צווייטע, מיט פאַרשוועכן די אידייע, פאַר 
וועלכער מע איז אַהער אַרײַנגעזעצט געװאָרן (סאָפיאַ פּאָקראָו- 
סקאַיאַ--פאַר סאָציאַל-רעװאָליציאָניזם, די בּלאָנדע--פאַר פּראַװאָ- 
סלאַװנעם מאָנאַרכיזם), 

געקריגט האָט מען זיך דאָ אַ סאַכאַקל צוויי מאָל, נאָר װי עס 
קער צו זיין, 

דאָס ערשטע מאָל קריגן זיך; 

איניינעם מיט זיי איז דאָ אין קאַמער נאָך געהאַט געזעסן יאָכעל- 
זאָגס װײַבּל. די בּלאָנדע און אָט דאָס װײַבּל--װי צוויי שטרויענע 


248 


אַלמאַנעס פון איין מאַן--האָבּן עטלעכע מאָל אין טאָג זיך דאָ 
געריסן פאַר די שלייערס. די בּלאָנדע האָט געהאַט טײַנעס צו 
דער פּאָקראָװסקע, פאַרװאָס זי שװײַגט - זי איז דאָך אויך אַ 
קריסטלעכע : 

-- זעט,--האָט זי אָנגעװיזן אַפן װײַבּל,--זי האָט נאָך פליי אין 
דער נאָז... זי דערוועגט נאָך צו פאַרענטפערן די קאָמוניסטן--אַף 
אונטערלעקן זיך... זיי האָבּן זי אײַנגעזעצט, און זי פאַרענטפערט 
זיי. אַ פּאַרשיווע זשידאָװקע: - קוקט: אַלע זשידעס זײַנען 
אַזעלכעי.. 

סאָפיאַ. פּאָקראָװוסקאַיאַ, פול מיט עקל צו זיי בּיידע, האָט גע- 
געבּן צו פילן דער בּלאָנדער, זי זאָל זי אופהערן אַרײינצונעמען צוּ 
זיך אין קאָן. 

-- ניין, טײַערינקע, -- האָט זי געזאָגט מיט שפּילקעס אין די 
אויגן,--װאָס איך בּין, בּין איך, נאָר ניט קײַן שװאַרצמײעניצע, 
וי איר, 

דערוף האָט ניט װייניקער שטעכיק געענטפערט די בּלאָנדע: 

-- נו, יאָ, אַװאַדע... 

-- עס-ערן,--דער רוּעך זאָל זיי נעמען... וען ניט איר, װאָלטן 
דאָך די בּאָלשעװיקעס גאָרניט געווען געקומען צו דער מאַכט, 

-- נו, גענוג,--האָט סאָפיאַ פּאָקראָװוסקאַיאַ אָפּגעהאַקט,--אָפּגע- 
רעדט! 

מיט דעם האָט זי געלאָזט הערן, אַז אַף צו פירן אַועלכע ניט 
איז וויקוכים האָט זי ניט קיין מינדסטן כיישעק, 

דאָס צווייטע מאָל קריגן זיך ; 

יאָכעלזאָנס װײַבּל איז שוין דאָ ניט געוען. װי אַף אײבּיק 
שװײַגן זיינען בּיידע געבּליבּן דאָ ‏ אין קאַמער. בּלויזן מיט איר 
אַזעסדיקער פירעכץ האָט סאָפיאַ פּאָקראָװסקאַיאַ דאָ געלערנט די 
בּלאָנדע, זי זאָל איר נאָכטון : ווארפן צוריק אין פּאָנים דאָס עסן, 
װאָס מע בּרענגט אַרײן, פאָדערן בּעסערס, מאַכן גװאַלדן, פאַרװאָס 
מע הייצט ניט צו דער צײַט, שרײַען טאָגטעגלעך : 

--- פאַרװאָס גיט מען ניט קיין בּעטן?! 

און בּיכלאַל--דערװײַזן ,, זיי", אַז מע האָט פאַר ,זיי* ניט קיין 
מוירע און ניט קיין דערעכערעץ, כאָטש מע איו בּאַ ,זיי" אין די 
הענט, ווינקען מיט טויזנטערליי װוּנקען : 


89 


-- אופפ !., אוזוּרפּאַטאָרי ! 

האָט אָבּער די בּלאָנדע געהאַט אירע בּאַזונדערע קלאָלים, װי 
אַזױ אופצופירן זיך, און אירע בּאַזונדערע כאַניפעדיקע וועגן--יעדן 
געוויינלעכן רױטאַרמײער האָט זי דאָ געמאַכט אָן שיר כיינדלעך, 
געווען גרייט צו שפּילן אַ ליבּע און אָפּדאַנקען מיט אַלץ, װאָס זי 
פאַרמאָגט פאַר יעדן קלענסטן /,טויוועלע". בּאַ דער פּאָקראָווסקע 
האָט עס אַרוסגערופן אָן שיר פאַרדרוס, 

-- נאָך אַזױ צו זאָגן.. פונעם אַדל, -- האָט זי געזאָגט דער 
בּלאָנדער, -- איר װאָלט , זיי" דאָך געװאַשן די פיס און געטרונ- 
קען די װאַסער... 

די בּלאַנדע -- וי טאַקע נאָר דערוף האָט זי געװאַרט. מיט' 
אופגערעגטע הענט האָט זי גענומען פּראַװען אַף זיך דאָס קליידל 
און שיטן, שיטן; 

-- נו, יאָ... אַ קלייניקייט ?.. װער קאָן זיך דען גלייכן צו 
אייך ?,. פּכע !-- עס-ערן... איר זײַט דאָך פּריווילעגירט... וי איי- 
גענע... אייך שיסט מען דאָך ניט. אײַך פאַרשיקט מען בּלויז, וי 
פאַרבּלאָנדזעטע קינדער... אײַך איז מען דאַנקבּאַר... פאַר אַמאָליקע 
פאַרדינסטן.., 

אָנשטאָט צו ענטפערן דער בּלאָנדער האָט סאָפיאַ פּאָקראָווס- 
קאַיאַ געמאַכט אַ סקאַנדאַל דער אַדמיניסטראַציע, פאַרװאָס מע האָט 
זי אַריינגעזעצט אין איין קאַמער מיט קאַנטראבּאַנדיסטקעס, מיט 
גאַסן-פרויען; זי האָט געשריגן : 

-- ס'איז אומיסטן !.., 

זי האָט געפאָדערט, מע זאָל זי איבּערפירן אין אַן אַנדער 
קאַמער; 

-- בּאַלד ! 

-- אָן טערוצים... די רעגע! 

און אַפן שפּאַציר האָט מען שוין דענסטמאָל גערעדט ועגן די 
אופשטאַנדן אין מאָשנע, וועגן דעם אַרעסטירטן גוֹי, װאָס גיט זיך 
אויס פון מאַשנער , קאָמבּעד" און איז אַ פאַרשטעלטער, אַן אונ- 
טערגעשיקטער, און די אײינגעשפּאַרטע פּאָקראָװסקאַיאַ האָט מע 
דענסטמאָל אומזיסט געפירט אין קאַנצעליאַריע צוּם פאַרהער. ז 
האָט געענטפערט, אַז סײי-װוידסלל; 

-- איך װעל ניט ענטפערן אַף קײַן איין פראַנע. 


250 


עס האָט אויסגעזעען, װי זי הײיליקט זיך -- זי האָט אַ שטענ- 
דיק קלאַפּנדיק האַרץ פון ניט װויסן, צי מע װעט איר דאָ אַרױס- 
טראָגן איר אורטייל נאָך איידער די געשעענישן װעלן אַהער 
קומען. און דער מאַטראַץ, אַף װעלכן זי זיצט דאָ אין קאַמער, 
האָט זִיך מיטאַמאָל, װי אַף גאַנצע מיילן דערװײַטערט פונעם 
מאַטראַץ, אַף װעלכן עס זיצט אין קעגניבּערדיקן וינקל די 
בּלאָנדע. עס איז אויסגעקומען, װי אָט די געשעענישן װאָלען צו 
איר אַ װוּנק געטון : 

-- װאָס קערסטו זיך אָן מיט דער בּלאָנדער ?.. 

-- װאָט האָסטו גאָר צו קוקן אין איר זײַט? 


שװאַך אין געזונט, קליין, בּייז, מיט אַ גרינער פאַרבּ אין 
צורקע, מיט אַ קלעפּיק און שװאַרץ פּיסקל, װאָס איז בּאַשאַפן 
געװאָרן אַף צו רעדן אַסאַך, אַסאַך און האָט ניט צוּ וועמען, האָט 
סאָפיאַ. פּאָקראָװוסקאַיאַ אין יענע טעג האַלבּ-געדרעמלט אין איר 
ווינקל, געזעסן איינגענורעט אין אירע דאָרפישע שאלעכלעך, זיך 
צוגעשאָקלט, װי אין שטענדיקן ציין-װוייטיק און געהאַלטן אָפּגע- 
דעקט סאַכאַקל איין בּעקל, װאָס זעט אויס פון ווייטנס רויטלעך 
און װי געשװאָלן אַרוף, צום נעזל-צו --אַ קורצס, אַ פאַריסנס, 
אַ מישפּאָכע-נעזל... 

זי האָט זעלטן זיך גערירט פון אָרט, נאָך זעלטענער אַרױס- 
געגעבּן אַװעלכן ניט איז קלאַנג, געהאַט אַ שנעל-קלאפּנדיק 
האַרץ, פאַרמאַכטע אויגן און געהאַלטן אין געדאַנק די מאַשנער 
געשעענישן, װאָס דערנעענטערן אַהער זייער אופבּרויז, געשעענישן, 
װאָס זי אַלײין האָט צוגעגרייט נאָך איידער מע האָט זי איינגע- 
זעצט -- עס װעט זיין אַ קאַמף, אַ ריכטיקער... מיט בּלוט -- גוט 
אַזױ... זאָלן , זי" װיסן, אַז מע האָט צו טון ניט מיט ניונקעלעך... 
ניט מיט אַזעלכע פּאַרשיווצעס", וי די ספּיװאַקס, װאָס לאָזן 
בּאַלד נאָך, װײַל די מאַכט אין אַף ,יענער זייט"... עס װעלן זיין 
אַסאַך האַרוגיִם... גוט, אַף לעבּן און אַף טויט,., 

וי פון זיך איז פון צייט-צו-צײַט אַרופגעקומען אַפן געדאַנק 
דער פּױער, װאָס זיצט דאָ װי זי אַרעסטירט-- אין דערזעלבּער 
געבּײַדע אַפילע, און װער ער איז-- װוייסט מען ניט. בּלוין אין 


251 


אָנהײבּ האָט זי געמיינט: ער איז איינער פון איר גרופּע, װאָס 
אַף ,דער זײַט* גרענעץ, אָדער איינער פון דער גרופּע, װאָס אַף 
,יענער זײַט* גרענעץ. װי אים האָבּן אָבּער אַפן שפּאַציר אויסגע- 
מאָלט יענע, װאָס האָבּן אים געזעען אַרומגײין אין הויף, איז ער 
ווירקלעך אַ פּאַשעטער -- איינער פון פאָלק, אוֹן װען מע האָט 
איר אים נאָכדעם בּאַװיזן אַפן פאַרהער, האָט זיך ווירקלעך אַרױס- 
געוויזן, אַז זי װייסט ניט, װער ער איז, כאָטש קלאָר איז איר 
געװאָרן -- ער איז אַהער געקומען אָדער אַף צו בּאַפרײַען, אָדער 
אַף אומצוקומען איניינעם. איינס אָבּער איז ניט צו דערגיין: 

-- װער האָט אים אַהער געשיקט? 

וי פון זיך האָבּן די האַלבּידרעמלדיקע געדאַנקען אַ גאַנצן 
טאָג זיך געדרייט אַרום דעם, נאָר אינמיטן דער נאַכט, אין שטאָק- 
פינצטער איז געװען אַנדערש. פאַרפּראַװעט מיט שטאַרקן 
שלעפעריקן געטראַנק, זײַנען, װי עפּעס לעבּעדיקס, געקראָכן אַפן 
האַרץ די אומקום-געפילן, און אין מיטן דער פינצטער האָט זי, 
פאַרװויקלט אין אירע שאַלעכלעך, זיך געקאָנט אופזעצן און אין 
אַלע פאַרשלאָפענע גלידער דערפילן אַ שטאַרקע בּענקשאַפט צו 
אים -- אָט דעם פּױער : 

-- אָן זדיעס... 

געפילן פון עפּעס אַ מין בּאַזונדער ,מוידע אַני" -- אַזאַ, װאָס 
פרומע מאָנאַכן זאָגן מיט פאַרמאַכטע אױגן בּאַלד, װוי זיי כאַפּן 
זיך אוּף פון שלאָף -- האָבּן אָנגעפילט איר האַרץ מיט האַכנאָעדי- 
קער דווייקעס, זיך פאַנאַנדערגעגאָסן איבּערן גאנצן פאַרשלאָפענעם 
קערפּער און געצויגן צו ,אים", װי צו אַ ,קאָדעש".. ניט קײַן 
קאָרעװו איז ער... ניט אַפילע קיין טאַטע און ניט קײַן בּרודער; 
פון פאָלק איז ער -- גאָר, גאָר אַ פרעמדער, איינער פון די טיפע 
דאָרף-מאַסן, װאָס אין זייער נאָמען האָבּן עס-ערן אין פאַרלוף 
פון צענדליקער יאָרן זיך געלאָזט הענגען אַף אַלערלײ טליעס, 
איז ער געקומען מיט שטילע טריט, וי אַ סימװאָל פון דאַנק- 
בּאַרקײט, װי אַ נעס פון יענע טיפע שיכטן, וועלכע מע האָט 
שטענדיק געהאַלטן אין שרעקלעכער אומבּאַװוּסטזיניקײַט, ער איז 
שטומערהייט געקומען אויסלייזן די ליידן פון טויט מיט זײַן אייגע- 
נעם אומקומען, אוּן אַלץ אַזױ שטיל, װוי ער װאָלט ניט אופגע- 


252 


הערט פאָטערלעך צו טרייסטן פון יענער זייט װענט, װוּ מע 
האַלט אים איינעם אַלײן פאַרשפּאַרט: 

-- שאַ... אָן שרעק... אָן היסטערישע גװאַלדן... 

טאַקע דערפאַר איז זי, פאַרװויקלט אין אירע שאַלכעלעך, וי 
פאַרגליװוערט געזעסן אַף איר מאַטראַץ אין איר וינקל אַפילע 
נאָכדעם, װי אַהער אין קאַמער איז מען שוין געהאַט אַרײנגע- 
קומען מיט אַ צעטל, און פון דעם, װאָס מע איז מיטן צעטל 
אַרײינגעקומען איז געװאָרן קלאָר, אַז עמעצער פון זיי ביידע-- 
פון איר און פון דער בּלאָנדער -- האָט שוין אַן אורטייל. בּלױיז 
אַף איין רעגע איז דענסטמאָל בּלאַס געװאָרן דאָס בּעקל, װאָס 
שטעקט אַרױס, וי אָנגעשװאָלן פון אירע פאַרוויקלטע שאַלעכלעך; 
אירע ציין האָבּן פיבּערדיק אַ שאַקל געטון װי בּלויז פון דעם, 
װאָס יענער, וועלכער איז מיטן צעטל אַרײנגעקומען, האָט אי- 
בּערגעדרייט איר נאָמען : 

-- פאַרװאָס האָט ער געזאָגט ניט פּאָקראָװסקאַיאַ, נאָר פּאָר- 
קאָװסקאַיאַ ?... 

דערנאָך האָט זי נאָך מער נידעריק אַראָפּגעלאָוט איר קאָפּ; 
זי איז אַזױ פאַרגליװוערט געװאָרן, און איר איז שוין מער גאָר- 
ניט ניט אָנגעגאַנגען. 

גאָר אַנדערש האָט עס אופגענומען די בּלאָנדע--אָט דאָס, 
װאָס מע איז פון קאַנצעליאַריע אַרײנגעקומען אין קאַמער און 
מע האָט פון אַ צעטל איבּערגעלייענט די נעמען -- זי איז געבּליבּן 
אַף אַזויפיל רוּיִק, אַז פון רויִקײַט האָט זיך איר קימאַט װי גע- 
װאָלט טון אַ גענעץ. 

ווען מע איז אַװעק מיטן צעטל פון דער קאַמער, איז זי גע- 
ווען אינגאַנצן זיכער, אַז ניט זי מיינט מען. זי האָט גלאַט אַזױ 
זיך צוגעלייגט אַף איר מאַטראַץ, זיך צוגעלייגט, װי פון האַרכאָ- 
ווע-וועגן אַפן רוקן, פאַרװאָרפן די הענט איבּערן קאָפּ, פאַרמאַכט 
די אויגן און מיט אַלע אינעװייניקסטע געפילן אַ פרעג געגעבן 
וועגן דעם בּאַ די הענט, בּאַ די פיס, בּאַ די בּרוסטן,. דער ענט- 
פער, װאָס איז איר בּאַלד אָנגעקומען פון אירע יאָדערדיקע אייוו- 
רים, איז געװוען א בּאַרוּיקנדיקער -- אַלע מוסקולן אין איר קער- 
פּער האָבּן איר גלייך צוגעשטעלט דעם ראַפּאָרט: 


233 


-- מ+ פילן אויך אַזױ -- ניט אונדז מיינט מען... 

דענסטמאָל האָט זיך נאָך מער פּאַרשטאַרקט די זיכערקייט אין 
איר. קעדיי לאַכלוטן צו פאַרגעסן, אַז פון קאַנצעליאַריע איז מען 
דאָ נאָר-װאָס געװוען מיטן צעטל, האָט זי, ליגנדיק מיט פאַרמאַכ- 
טע אויגן און מיט פאַרװאָרפענע הענט, זיך אױסגעמאָלט: זי 
װאַרעמט זיך נאַקעט אַף דער זון אַפן בּרעג-יאַם, און בּאַלד האָט 
זיך פון אָט דער פאָרשטעלונג, װוי טאָמיד, דערפילט אַ נאָגנדיק 
גלוסטעניש צו שיינע מאַנסבּלען, װי גלײַך זיי װאָלטן װירקלעך 
דאָ ניט װײַט שטיין און אַף איר נאַקעטן לײַבּ קוקן. די גלוסטע- 
ניש האָט זיך געצויגן פון אַלע עקן קערפּער צו דער ברוסט-צו 
און האָט דאָרט גענאָגט, גענאָגט, צווינגענדיק איר פּאָנים זאָל זיך 
אַלץ מער און מער פאַרדווייקען, און אויך דאָס האָט בּאַרוּיקט-- 
די ליידנשאַפטן, װאָס זײַנען דער הײיפּעך פון טויט, האָבּן פאַר- 
זיכערט, אַז ניט זי מיינט מען. איצט האָט זי מער ניט געהאַט 
צוליבּ װאָס צו ליגן. זי האָט זיך פּלוצים געגעבּן אַ זעץ-אוף און 
האָט דערזעען, װי פון איר נעמט פּאַמעלעך און שלעפעריק אַװעק 
דעם בּליק סאָפיא פּאָקראָװסקאַיאַ, װאָס זיצט אַקעגן אין ווינקל, זי 
האָט בּלויז פאַרכאַפּט אַ בּרעג פון אָט דעם שלעפעריקן בּליק, 
בּלויז אַ קליינעם נישער, אָבּער אויך פון אָט דעם נישער האָט איר 
אַ טיאָך געגעבּן אין האַרץ--אויך דאָס האָט איר געגעבּן צו פילן, 
אַז סאָפּיאַ פּאָקראָווסקאַיאַ האָט די גאַנצע צייט אַף איר געקוקט און 
די גאַנצע צייט געטראַכט, אַז מיטן איבּערגעלייענטן צעטל האָט 
מען דאָ געמיינט דאַפקע זי-- די בּלאָנדע... זי האָט צוערשט 
דערפילט אַ שרעקלעכע בּאַליידיקונג, וי די פּאָקראָװוסקאַיאַ װאָלט 
איר אױסגעװאָרפן די שענדלעכסטע זאַכן; איר האָט זיך פאַר- 
װאָלט זידלען. נאָר אין דערזעלבּער צײַט איז פאַר דער אינעװיי- 
ניקסטער רוּיקײַט בּיז גאָר נייטיק געװען, אַז דער כשאַד ,מיטן 
צעטל מיינט מען זי-- די בּלאָנדע" זאָל ניט זײַן בּאַ קיינעם, אַפי 
לע ניט בּאַ אָט דעם סוינע אירן -- דער עס-ערעװוקע. זי האָט 
דעריבּער מיטאַמאָל פאַרגעסן אָן אַלע פריערדיקע קריגערײַען 
אָן אַלע בּאַלײדיקונגען, װאָס מע האָט דאָ אײנער אַף דער אַנ- 
דערער געשאָטן, און אָנגעהױבּן צו ריידן, אַרומשפּאַנען הין און 
צוריק איבּער דער קאַמער און שיטן, שיטן: 

-- מיך -- געוויס ניט,..--האָט זי זיך בּאַרימט...--מיך? 


254 


0 , - האר + ושע 


זי האָט איבּער דער קאַמער געשפּאַנט געשװוינד, קימאַט גע- 
לאָפּן, אוֹן געשװוינד געמאָלט, סאַראַ גלױיבּיקע זי איז: 

-- איך פיל עס מיטן גאַנצן קערפּער, מיט די האָר אַפילע, 
מיט די נעגל... אַ מינדסטע סאַקאָנע פיל איך טאָמיד פאַר אַ 
מײַל... און איצט בּין איך רוּיִק... איך בּין אַ לײדנשאַפטלעכע... 
מיך ציט גאָר איצט אין אָט דער רעגע צו מאַנסבּלען... שטאַרק, 
שטאַרק ציט מיך... און דאָס איז אויך אַ סימען,.. מיך--קאָן ניט 
זיין... ווען איר זאָלט אָנקוקן מיין קערפּער נאַקעט, װאָלט איר 
אויך געזאָגט דאָסזעלבּע... איך האָבּ מיר נאָך קיינמאָל ניט אויס- 
געמאָלט און קיינמאָל ניט געפּױעלט בּאַ זיך, אַז איך װעל שטאַרבּן 
-- אַלע מענטשן יאָ, נאָר איך ניט, סײַדן מיט זײיער פיל יאָרן 
שׂפּעטער, װוען איך װעל שוין זײַן גאָר, גאָר אַן אַלטע... און דאָס, 
װאָס אַ מענטש קאָן זיך בּעשומויפן ניט אױסמאָלן -- דאָס הייסט 
ניט גאָט, דאָס קאָן מיט אים ניט געשעען.. איך זע פאַר זיך 
אַסאַך, אַסאַך זומערדיקע זוניקע טעג -- זיי זיינען מיינע, מיינע 
טעג... קיינער קאָן זי בּאַ. מיר ניט צונעמען, און ;זי" 
אַלע דאָ--- די הענט זיינען בּאַ זי דערוף קורץ.., 

טראָגנדיק זיך הין און צוריק מיט אַ צעפלאמט פּאָנים, מיט 
בּליצנדיקע אויגן, האָט זי אַזױ געשאָטן לאַנג, לאַנג, בּיז זי האָט 
דערזעען: די פאַרנליווערטע פּאָקראָווסקאַיאַ זיצט אין איר ווינקל 
מיט אַן אַראַפּגעלאָזטן קאָפּ און הערט זי ניט. דענסטמאָל האָט זי 
זיך צוגעזעצט אין איר ווינקל אַפן מאַטראַץ, אירע אויסגעגלאָצטע 
אויגן האָבּן מיַט זייער גאַנצער גרייס געקוקט, געקוקט, אַלע מו- 
סקולן האָבּן זיך אָנגעשטרענגט, װי אַף עפּעס אױסצובּרעכן און 
אומגעריכט, צוזאַמען מיטן קאָל זיך פאַרגאַנגען אין היסטעריק : 

-- איך דאַרף ניט,,, 

-- איך וויל ניט!!! 

זי האָט זיך געריסן פאַר די האָר. אירע הענט האָבּן פּלוצים מיט 
אַלע קויכעס גענומען װאַרגן דעם אייגענעם האַלדז -- לאַנג, לאַנג, 
איר פּאָנים האָט זיך אָנגעגאָסן, די אויסגעגלאָצטע אויגן האָבּן אָנ- 
געהויבּן אַרױסצוקריכן,. דענסטמאָל איז זי אויך אַזױ פּלוצים אַנ- 
שוויגן געװאָרן און דעם האַלדז אָפּגעלאָזט; מעכאַניש, אָן שום 
אינעװייניקסטער צוגרייטונג האָט זי אין ווינקל זיך אַװעקגעשטעלט 
אַף די קני זיך ציילעמען און טפילע טון, 


255 


דענסטמאָל האָבּן די מינוטן אין קאַמער זיך אופגעהערט צו 
רוקן:. + 

עס איז געווען פאַרנאַכט, ווען סאָפיאַ פּאָקראָוװוסקאַיאַ האָט גע" 
מוזט אופהייבּן דעם קאָפּ, װאָס איז פאַרװיקלט אין אירע שלע- 
פעריקע שאַלעכלעך -- זי האָט דערזעען : 

פאַרשטאַרקט, אַפּאָנים, מיט נייעם פעסטן גלױיבּן שטייט לעבּן 
איר אָנגעבּױגן די בּלאָנדע און רױימט איר אײַן מיט אַ פרום 
קאָל, אַז ,ער"... ער װעט ניט דערלאָזן... 

-- ,ער" װעט אין דער לעצטער רעגע בּאַװיזן.. 

-- ,ער" איז דערוף צוגעשיקט פון מיינע -- אַף ,יענער-זייט".., 
פון די , ווייסע", 

!סאָפיע פּאָקראָווסקעס געפיל ; וי צו איר נאַקעטן לײבּ װאָלטן 
זיך צוגערירט קאַלטע זשאַבּעס. אירע געעפנטע אױגן האָבּן בּאַ 
מערקט: די בּלאָנדע איז זיכער, אַז דעם אַרעסטירטן פּױער האָבּן 
צוגעשיקט אַהער אירע ,ווייסע" און אין אָט דער זיכערקייט איז 
זי אופריכטיק ניט װייניקער, װי זי--פּאָקראָװוסקאַיאַ--איז אופריכ- 
טיק אין איר זיכערקייט, אַז ,,אים" האָבּן אַהער צוגעשיקט אירע 
עס-ערן... 

זי האָט ניט געװאָלט מער זעען דער בּלאָנדערס צורע און 
האָט זיך צוריק אינגענורעט. נאָר די בּלאָנדע איז נאָך אַלץ 
לעבּן איר געשטאַנען און האָט מיט אַקשאָנעס פאַרזיכערט: 

-- װעט איר זעען... 


עס איז געווען אַף מאָרגן בּאַטאָג, װען עס האָט זיך אָנגע- 
הױיבּן דאַכטןן; 

-- ער ווערט מעקויעם -- דער בּלאָנדערס ,װעט איר זעען". 

כװאַליעס װינט האָבּן געטראָגן דעם געפּילדער פון וייטן 
עק הויף צו די קאַמערעס-צו. געשרייען, אויסגעמישט מיט רויט- 
אַרמײיַשער קלאָלע, האָבּן בּייז איבּערגעיאָגט דעם װינט, װאָס 
טראָגט זיי. צאָרנדיקער טומל, בּאַגלײט מיט מענטשן-געלויף, האָט 
אַ יאָג געגעבּן ראָד-אַרום פון איין שטיבּל אין צװייטן, זיך אַ 
דריי געטון מיט װירבּל, זיך פאַרהאַלטן און אַף לאַנג פאֲרבּליבּן 
אין מיטן הויף אָן אָטעם, 


26 


פּאַרהױלענע הענט האָבּן װי אָנגעקלאַפּט מיט גרוֹיל צו אַלע 
אַרעסטירטע אין די פענצטער, און בּאַלד האָבּן אַלע אַרעסטירטע 
דערפילט, אַז מע איז געבּליבּן אַלײין, אָן אַ װאַך--דעם לעצטן היטער 
האָט מען פון דאָרט אַװעקגערופן אַזױ הויך, אַז אַלע אײינגעשפּאַרטע 
האָבּן דאָס דערהערט. די פרייד, אַז עפשער איז מען אַלע מיט- 
אַמאָל פריי געװאָרן, האָט זיך פײַל-אױיסבּויגן געבּיטן מיט האַ- 
שאָרעס, אַז די געבּיידעס בּרענען פאַרשלאַסענערהײט פון אַלע 
זייטן, און מע איז אַלע פאַרפאַלן, מע קומט אום, 

די ערשטע האָט אין קאַמער דאַן אָנגעהױבּן צו גװאַלדעװען 
און צו קלאָפּן די בּלאָנדע. 

אַכזאָריעסדיק, מיט פאַרקלעמטע ציין, מיט פאַרמאַכטע אויגן 
| און מיט אַלע קויכעס געטאַראַבּאַכקעט מיט װאָס זי האָט נאָר 
געקאָנט, זיך אָנגעלײגט אַף דער טיר מיטן גאַנצן קערפּער, מיט די 
קלאפּנדיקע פויסטן און מיט בּיידע פיס. און בּאַלד האָט מען 
פּונקט אַזױ אַכזאָריעסדיק, װי די בּלאָנדע גענומען קלאַפּן אין די 
געשלאָסענע טירן, װאָס אַף רעכטס און אַף לינקס. בּלױז אין 
איין קאַמער האָט עמעצער אין ליאַרעמדיקער שרעק בּאַװיזן אויס- 
צושלאָגן די שױיבּן אין הויכן פאַרגראַטעװעטן פענצטערל, זיך 
אַרופשטעלן אַף עמעצנס אַקסלען און דערזעען: 

אין מיטן הויף ענדיקט זיך דער מיטינג, צו וועלכן עס רעדט 
יוזי ספּיװאַק. עס טוט היזעריק אַ קאָמאַנדע איגומענקאָ דער 
מאַטראָס, רױיטאַרמײער לויפן פון מיטן הויף צו די פערד, צו די 
בּיקסן, און נאָכדעם הערט מען שוין װידער פון קאָרידאָר די טריט 
פון דער װאַך. אין גרויס אופגעבּראַכטקײט טוט מען פון דאָרט 
אַן עפן די טירן אין איין קאַמער, אין אַ צווייטער, מע שרײַט 
בּייִז איבּער אַלעמענס גװאַלדן: 

-- טשטאָ עטאָ װוי?... 

-- סדוּרילי ?!! 

און בּייזער, װי צו אַלע שרייט מען צו דער בּלאָנדער אין 
קאַמער : 

-- ניעטשעוואָ ראַדאָװאַטסאַ !.., ניע װאַש פּראַזדניק... 

די בּלאָנדע אָבּער קלעפּט זיך אָן אָנעם שרייענדיקן רױטאַר- 
מײיער; זי שלעפּט אים צו זיך, אַף צו האַלדזן און קושן. זי 
פּלאַטערט אוּן ציטערט איבּער אים, מאַכט אים אָן אַ שיר כַּאֲנִי- 


251 


פעלעך און כיינדעלעך און אַלץ מיט אַזאַ אימפּעט, אַז דער רויט- 
אַרמײער קלעפּט זיך קאַם פון איר אָפּ, 

-- דאַ ניטשעװאָ, -- שטויסט ער זי אָפּ פון זיך צוריק אין 
קאַמער אַרײין, 


-- נו, אוּבּילי יעװאָ... פיליפּאָװאַ... דאַ טיעבּע טאָ טשטאָ?. / 


אַ כװאַליע פרייד האָט אַ טראָג געטון די בּלאָנדע אין אַ רעדל 
איבּער דער צוריק-געשלאָסענער קאַמער. זי האָט געטאַנצט און 
געשפּרונגען. מיט פאַנאַנדערגענומענע הענט האָט זי זיך אַ ביג 
געגעבּן צו דער פּאָקראָװוסקע אין ווינקל: 

-- געהערט ?!.., און װאָס האָבּ איך געזאָגט ?., 

בּאַלד אָבּער האָט זי זיך פאַרכאַפּט. אין גרויס אופרעגונג האָט 
זי איבּעראַנײס זיך אַװעקגעשטעלט אין איר וינקל טפילע טון 
אַף די קני און זיך ציילעמען פון דאַנקבּאַרקײט. 

איצטיקס מאָל האָט איר דאַװנען געדויערט גאַנצע שאָען. 

עס איז װידער געווען בּאַנאַכט. 

אין קאַמער האָט געשמעקט מיט פאַרשלאָפענער קופּע, װווּ 
עס פאָרן לויטער לייטישע מענטשן; דער לופט האָט זיך געכאָ- 
לעמט אַ רײיעך פון לימענעס און מאַראַנצן; די בּלאָנדע האָט 
אופגעהערט צו דאַונען. 

מיד פון טפילעס, פון ציילעמען זיך און בּוקן זיך האָט זי אין 
שטילער פרומקייט צוגעפּױזעט צו דער פּאָקראָװסקע און איר גע- 
נומען שעפּטשען אין אוער װעגן דעם ,וונדער", אין ועלכן זי 
האָט ניט אופגעהערט צו גלױבּן די גאַנצע צייט, זינט זי האָט 
מיטן קינד אַף די הענט זיך געלאָזט צו דער גרענעץ: 

-- איצט קומט ער--דער ,ווּנדער"... ער קומט, ער קומט... 

מיט פרומער גאָטספאָרכטיקער דװייקעס האָט זי דערביי גע- 
האַלטן אין איין דערציילן װעגן ,אים", דעם אַרעסטירטן גוי-- 
דאָס האָט ,ער" געמאַכט, מע זאָל פיליפּאָװן האַרגענען.. 

זי האָט נאָך מער אונטערטעניק און שטיל זיך צוגעבּויגן צו 
דער פּאָקראָווסקע און נאָך מיט מער פרומקייט איר אַרײנגעשעפּ- 
טשעט אין אוער : 

-- ,אָי סװיאַטאָי... ווערטיע וו ,ניעװאָ"... אָן ספּאַסיאָט אי 
װאַס... 


אין יענער זעלבּער נאַכט, מיט גרויען טאָג-ליכט, האָט מען די 
בּלאָנדע אַרױסגעפירט פון קאַמער און איר איבּערגעלייענט דעם 
אורטייל פאַר שפּיאָנאַזש, פאַר פירן געגאַנװעטע דאָקומענטן פון 
איינעם פון די רױטאַרמײישע שטאַבּן צו ווייסע גענעראַלן, װאָס 
אַף יענער זייט גרענעץ -- דעם אורטייל, װאָט פיליפּאָוו האָט אונ- 
טערגעשריבּן מיט עטלעכע שאָ פריער, אײידער מע האָט אים 
געהאַרגעט, 

אין גאָליכאַװוקע האַט מען נאָכדעם װעגן דעם גערעדט: 

-- האָט זי געמאַכט גװאַלדן !... 

-- האָט זי ניט געװאָלט שטאַרבּן !י.. 

-- װאָס רעדט איר ?-- אַזאַ מין לעבּעדיק שטיק! 

-- שוין געווען אײינמאָל אַ בּלאַנדע!.. 

אין מאַרק האָט זיך דענסטמאָל אַרומגעדרײט דער אָרעם-גע- 
לאַטעטער גױי, װועמען מע האָט אַרױסגעלאָזט פריי פון קאַמינאָ- 
בּאַלקע. ער האָט אָפּגעשטעלט דורכגייער, געפּינטלט מיט די אויגן 
און האָט געבּעטן, מע זאָל אים אױסבּאָרגן אַ שטיקל בּרויט. ער 
האָט זיך געשװוירן, אַז עס װעט ניט זיין געשענקט -- ער װעט 
אומקערן מיט ווילדע טױיבּן... 

יאַרידניקעס האָבּן אים דערקענט : 

-- סע דאָך פעדקע, דער האַרנער מעשוגענער. 

-- ער האָט זיך אױיסגעגעבּן פון מאָשנער ,קאָמבּעד". 

-- מע האָט אים, זאָגט ער, איינגערעדט, אַז אין קאַמינאָ- 
בּאַלקע װעט מען אים דערפאַר גוט בּאַצאָלן 

צו כײַקל בּערעזאָווסקי אין הויז איז אַרײנגעקומען זיין גע- 
וועזענער װאַלד-מענטש מוישע וװאָלאָװניק -- אַריינגעקומען פאַר- 
קאַפּצנט, פאַרדײַגעט, מיט פאַרטריקנטע ליפן מיט בּענקשאַפט נאָך 
א ציגאַר טוטין. ער האָט געהאַט אַזאַ ‏ אויסזעען, װי גלײך די 
גאַנצע וועלט טויג אַף קאַפּאָרעס. 

-- איר זעטאָך,--האָט ער געזאָגט, -- מע האָט גאָר געהאַט אַ 
טאָעס אין גוי. 


239 


ןא 2 


פּינקע ווייל איז! געווען אָן אַ שינעל מיט דער בּיקס אַפן רוקן. 
שנעלער, װי שנעל האָט ער זיך געטראָגן אַפן פערד פון קאַמינאָ- 
בּאַלקע קיין גאָליכאָװקע, 

בּאַם פערד ---נאַס די גריווע. 

בּאַ = פּינקען -- נאַס דער טשובּ. 

פּינקעס אויסזעען : 

סיי ער, סיי זיין פערד מעגן פוּן דעם וילדן יאָגן בּײידע 
קלאַפּירן -- סאַ קליינער אומגליק! דעריקער : 

-- געהאַרגעט פיליפּאָװן... 

און ער, פּינקע, האָט גאָר ניט געװוּסט פון דער גאַנצער 
,כאַסענע* -- ער איז געווען אין , קאָנװאָי", װאָס האָט אָפּגעפירט 
די גרופּע אַרעסטירטע אין קאָנצענטראַציע-לאַגער. טאַקע דאָרט 
אין װועג, װאָס האָט געדויערט בּאַ דריטהאַלבּן מעסלעס, האָט ער 
זיך צוגעקילט און איז הייזעריק אַזױ שטאַרק, אַז אַפילע ווען ער 
וויל שרייען מיט אַלע קויכעס, מאַכט ער נאָך אַלץ בּלויז מיט די 
ליפּן, און זיין קאָל -- קאַם-קאַם װאָס מע הערט עס. נאָר ניט 
אין דעם גייט עס. פאַרקערט -- דורך דעם, װאָס ער איז פאַר- 
קילט און שאַנעװעט זיך ניט פילט ער נאָך מער, וי דאָס, װאָס מע 
האָט געהאַרגעט פיליפּאָוון, האָט שטאַרק אָנגערירט אים, פּינקען. 

-- פלי !--פאַרקרימט ער די פאַרקוועטשטע ציין און בּויכקעט 
נאָך שטאַרקער מיט בּיידע פיס אין יאָגנדיקן פערדס זייטן, 

און אים דאַכט זיך, אַז ער כאַזערט: 

-- מעגסט קלאַפּירן... מעגסט קלאַפּירן... 

פליט דאָס פערד מיט אַ לאַנג-געװאָרענעם בּויך, מיט אַן 
אויסגעצויגענעם האַלדו אַף אָט-אָט צו דערלאַנגען קיין גאָליכאָוקע, 


260 


אוֹן פוהינטן װאַרעמט די זון אין האַלדזדאון-נאַקן. פּינקע קוקט, 
װי עס פליט אַף דער ערד זיין רייטערישער שאָטן, און נאָך גי" 
כער פון אָט דעם שאָטן פליען לעבּנס -- וועמענס ?.. זיינס, פילי- 
פּאָווס, אַלעמענס, װער עס איז אַזױ געפאַלן װי פיליפּאָו, ‏ ער 
עס װעט אַזױ פאַלן... 

בּאַ פינקען אין קאָפּ: 

די פור, װאָס האָט אינדערפרי געבּראַכט פיליפּאָװוס דערהאַר- 
געטן קערפּער קיין קאַמינאָ-בּאַלקע -- זי איז צו לאַנג געשטאַנען 
אינדרויסן לעבּן דער קאַנצעליאַריע. בּיידע הויפן -- פּוסט. צו דער 
פור איז לאַנג קיינער ניט צוגעגאַנגען, װי מע װאָלט זיך אייצן, 
וי עס װאָלט פעלן דער לעבּעדיקער פיליפּאָוו, װאָס זאָל זאָגן-- 
װאָס זאָל מען טון מיט פיליפּאָוו דעם טױטן. ער, פּינקע, האָט 
דערזעען : כאַװערטע סאַשאַ היבּט אָן אַרױסצוטראָגן די בּענק- 
לעך מיט די טישן פון דער קאַנצעליאַריע -בּאַ איר איז די נאָז 
פאַרװיינט און די אויגן ניט-- האָט ער גענומען איר העלפן. פי- 
ליפּאָוון האָט מען דאָרט אַװעקגעלײגט אַף אַ סאָפקעלע, פאַר- 
שפּרײט מיט רױיטן; מיט רויטן האָט מען דאָרט בּאַהאַנגען די 
ווענט--מע האָט דערוף צונויפגענומען, װוּ ערגעץ אַ פאָן 
אין קאַמינאָ-בּאַלקע, נאָר עס איז אַלץ געװוען קאַרג. פּינקען 
האָט זיך געדאַכט: ס'איז ניט קיין קאָװעד פאַר פיליפּאָװן-- 
דאָס װאָס גאַנצע שטיקער וענט זיינען נאָך געבּליבּן װייס, און 
אויך דאָס, װאָס פיליפּאָוו ליגט אין קאַנצעליאַריע אַלײן -- קיינער 
קומט ניט אַרײין, ער איז דעריבּער נאָך אַלץ געשטאַנען אין קאַנ- 
צעליאַריע. ער האָט געקוקט: פיליפּאָוו איון פיל מאָל דורכגע- 
שאָסן -- עפשער פינף--זעקס קוילן, און אַף זיין פּאָנים איז נאָך 
כּוצדעם פאַראַן אַ טיפער פאַרבּלוטיקטער קאַרבּ בּיז אַרוף צום 
שטערן, נאָר די בּרעמען זיינען נאָך אַלץ אָנגעבּרױגעזט און עס 
דאַכט זיך, אַז נאָך מער, װי בּעייס ער האָט געלעבּט, װיל ער 
זאָגן טויטערהייט : 

-- טשטאָ-װי? --- שוטיעטיע ?!! 

בּאַ פּינקען אין קאָפּ; 

עס האָט געדויערט זייער לאַנג בּיז אין קאַנצעליאַריע האָבּן 
איינציקווייז אָנגעהױבּן אַריינצוקומען רױטאַרמײער, און דער 
ערשטער פון זיי איז דאַפקע געווען איגומענקאָ דער מאַטראָס-- 


261 


ער האָט זיך אָפּגעשטעלט בּאַ דער טיר, װי אַף בּאַלד אַװעקצו 
גיין צוריק, נאָר דאָך געבּליבּן אַ וויילע, געקוקט, געקוקט צו די 
שטאַרק-בּערױיגעזע בּרעמען, װאָס בּאַם געהאַרגעטן פיליפּאָוון אין 
פּאָנים, און פּלוצים אַזש געגעבּן אַ דעװע: 

-- טאָװוו-אַדרררישטש! 1,., 

און גלייך אַרױס מיט אַ גװאַלד אין דרויסן. אין הויף האָבּן 
זיך בּאַלד פאַרזאַמלט אַלע רױטאַרמײער. יוזי ספּיװאַק האָט גע- 
רעדט, כאַװערטע סאַשאַ האָט גערעדט; טרייסלענדיק מיט די 
פויסטן אין דער לופט, האָט איגומענקאָ ניט געפילט, אַז ער ענ- 
דיקט פּונקט, װי עס פלעגט ענדיקן פיליפּאָ; 

---. טשטאָ-װי ?... שוטיעטע ?... 

מע האָט בּאַשלאָסן אין נאָמען פון כאַװער פיליפּאָו: 

-- נאָך היינט פאַרנאַכט אַרױסטרעטן אַקעגן מאָשנע. . 

יוזי ספּיװואַק איז אַװעק אין די ווייטערדיקע שטעטלעך בּרענ- 
גען פון דאָרט די אַרבּעטער, װאָס זיינען גרייט אַרײן אין ,אָט- 
ריאַד", און ער, פּינקע, לויפט צוליבּ דעם קיין גאָליכאָװוקע צו די 
אַכט--ניין יונגע אַרבּעטער, װאָס אין קלובּ, אַרום זיין מיידל אין 
רויטן טשיפּיקל; אַז מע װעט דאַרפן, װעט ער דאָרט עפשער 
אויך האַלטן אַ דעדע. ער בּויכקעט דעריבּער אַזוױי שטאַרק אין 
יאָגנדיקן פערדס זייטן. ער טראָגט זיך שנעלער װי שנעל, און 
אים דאַכט זיך, אַז ער מיינט מיט דעם סיי זיך, סיי זיין פערד,-- 
מיט דעם, װאָס זיין געדאַנק כאַזערט אָן אופהער : 

-- מעגסט קלאַפּירן... מעגסט קלאַפּירן... 


נאָר אַז פּינקע איז אַרין אין היז, װאָס אין שנידערשן 
סיטקעלע, האָט ער אין אונטערְשטיבּל געטראָפן דאָס מיידל איינע 
אַלײן. אַרום-און-אַרום -- בּיז גאָר שטיל. דער שניידער מיט זיין 
הויזגעזינד -- וי זיי װאָלטן אַװעקפאָרן אַף א יאַריד. דאָס מיידל 
איז אופגעשטאַנען פון דער ניימאַשין, בּאַ וועלכער זי האָט גע- 
אַרבּעט, און פון דעם, װאָס זי האָט אים דערזעען, איז זי בֹאַ 
זיך אַליין, װי געװאָרן פיל כאָשעװער -- אַזױ האָט זיך געדאַכט 
פּינקען. איר נעזל האָט פאַרגעסן צו שמייכלען און צו זיין קלוג. 
אירע בּרוסטלעך האָבּן זיך געוויגט, בּעייס אירע אויגן-- קיילע- 


262 


כּיקע, װי דורכויס שװאַרצע לעבּעדיקע קנעפּלעך --- האַבּן אַף אים 
אַ װײַלע פונדערװײַטנס געקוקט, און דאָס האָט געווירקט אַף פּינ- 
קען, ער זאָל אויך שטיין בּלײַבּן און זאָל אויך אַף איר אַ װײַלע 
פונװײַטנס קוקן. -- זי האָט שוין געװוּסט, אַז מע האָט געהאַרגעט 
פיליפּאָוון ; דאָס האַרץ האָט איר געזאָגט, אַז פּינקע װעט איצט 
קומען --- איר בּליק איז געווען אַזאַ, װאָס זאָגט אָן אַף אײינמאָל 
בּיידע זאַכן -- בּיידע גיסן זיך צונויף אין איינער אַ בּיזדגאָר גרױי- 
סער װיכטיקײַט און װאַקסט און װאַקסט, אַזױ אַז בּאַ פינקען 
קלאַפּט שוין אויך דאָס האַרץ; עס שטויסט אים אָן אופהער, ער 
זאָל צוגיין צו איר גאָר-גאָר נאָענט, ער זאָל זי אָנעמען פאַר דער 
האַנט, ער זאָל זאָגן מיט זײַן מויל איר נאָמען: 

-- בּאַסי.., 

איצט, בּעייס ער האַלט זי שוין פאַר דער האַנט, פילט ער 
ערשט, װי שטאַרק אים ווילט זיך צוגיין צו איר גאָר נאָענט, װי 
שטאַרק ס'ווילט זיך אים זי אָנעמען פאַר דער האַנט, אַז ער 
פּרוּוװט אַ רעד טון, איז ער איצט נאָך פיל מער היזעריק, וי 
פריער, 

-- מע האָט געהאַרגעט פיליפּאָװן, -- זאָגט ער צו איר, קאם- 
קאַס, װאָס מע הערט, 

דערבּײַ קוקט ער אַף איר און זעט, װי עס מאַכן זיך צו אי- 
רע אויגן, 

-- איך ווייס,--זאָגט זי שעפּטשענדיק-שטיל, ניט אופמאַכנדיק 
די אויגן, -- מע האָט געהאַרגעט פיליפּאָון... 

בּאַ בּיידע וויגן זיך שטאַרק די בּרוסטן -- פון װאָס?-- פון 
דעם, װאָס מע האָט געהאַרגעט פיליפּאָוון?-- פון דעם, װאָס זי 
האָבּן זיך ליבּ?-- אַלצײנס... ס'איז װי איינע און דיזעלבּע זאַך 
און זיי זײַנען בּידגאָר גערירט. עס דערהערט זיך אַ קלאַפּ פון 
דער טיר -- דאָס איז אַרײַנגעקומען אַ כאַװער, איינער פון יענע 
יונגע אַרבּעטער, װאָס זײַנען גרייט, און ווייסן שוין אַלץ, און 
קאָנען זיך קײַן אָרט ניט געפינען, און לויפן אַרום איינער צום 
אַנדערן און װאַרטן -- װאָס פאַר אַ שײַלע, צי מע װעט גיין? 
װאָסיזשע ? --- מע װעט װאַרטן בִּיז מע װעט קומען און מע װעט 
אויסקוילן אײינציקװײַז, וי דעם בּראָזשער אַרבּעטער פאַראַכטאָגן?-- 
אָט לויפט ער, דער יוּנגער אַרבּעטער גלײַך אַװעק און בּרענגט 


263 


אַלע כאַוויירים אַהער צו דער שטובּ... 

איצט פילט פּינקע בּיזיגאָר שטאַרק, אַז ער האָט פאַרװאָס צו 
זיין גערירט ; זיין אופּגעבּראַכטקײַט, װאָס מע האָט געהאַרגעט 
פיליפּאָוון, װאַקסט פון רעגע צו רעגע. . 

איצט, בּעייס אין דרויסן האָבּן זיך פאַרזאַמלט אַלע כּאַװײ- 
רים, -- האַלט ער אַ דעדע -- צום ערשטן מאָל אין לעבן -- ער וויל 
זאָגן, פאַרװאָס האָט פיליפּאָוו אָפּגעגעבּן זײַן בּלוט און זיין לעבּן. 
עס שאַדט ניט, װאָס ער איז אַזױ שטאַרק הייזעריק. די כאַװײ- 
רים קוקן מיט פאַרשטאָרבּענע הערצער, וי די בּלוטן גיסן זיך 
אים אַרײַן אין פּאָנים פון װעלן שרײַען מיט אַלע קויכעס; זי 
זעען, װי עס שאָקלען זיך זײַנע ליפּן, כאָטש דער װוינט אינדרויסן 
איז אַ שטאַרקער און מע הערט קימאַט ניט קיין איין װאָרט - 
סײַ-װי-סײַ זיינען ניטאָ קיין װערטער פאַר דער זאַן, פֿאַר װעל- 
כער פיליפּאָוו האָט אָפּגעגעבּן זיין לעבּן; ס'איז שוין עפשער 
גאָר גיכער אַ מײַלע, װאָס פּינקע איז אַזוי שטאַרק הייזעריק 
בּעייס ער רעדט... 

איצט דערמאָנט זיך פּינקע, אַז ס'איז ניט קיין קאָװעד פאַר 
פיליפּאָוון -- װאָס אין קאַנצעליאַריע, װוּ ער ליגט, זיינען נאָך גע- 
בּליבּן גרויסע װײַסע שטיקער ווענט. 

-- גיט אַײיערע פאָנען,--זאָגט ער ביז-גאָר הייזעריק. 

-- גיט אַװעק אַלע פאָנען אַף אויסצוהענגען אַרום אים די 
ווענט.., 

פּינקע מיינט עס פּראָסט, נאָר בּאַקומען בּאַקומט זיך - בֹּאַ 
אַלע אַרומיקע גייט פון דעם איבּער אַ גרויל. מע קוקט, װי די 
בּלוטן גיסן זיך אים אַריין אין פּאָנים און עס דאַכט זיך, אַז ער 
שרייט פּײַערדיק-הייס, מיט אַלע קויכעס: 

-- גיט אַװעק אַלע פאָנען אַף אויסצוהענגען אַרום אים די 
װענט!!! 


264 


יי 


*אי,עייריעלט ער 


-' 


וי יט א א אל 
שא א 
0 0 


0 
לא 


אכ .יי = 


0 
5 
זי 

6 
אש ' 
: 


0 0 
א 
0 
1 


ו וז עט ({ס 
יוט א 0 


1 

: 
ו 

אי 


0 
וי 
: 


ְ 
א 
ו 


5 
)א 
0( 


ו 
)14 


; א 
: 


פילו 
10 
שׁ 


וּ א 
1 


יי אי 
= 


= 
12 


= 


פא 


יל 
1 


:=